שאלה אין קורצן ענין
#7 - וואס טו איך אז מיין שווער ברענגט אריין א סמארטפאון?
שלום בית, חינוך הילדים, סמארטפאון, קאמפיוטער, משפחה, שווער און שוויגער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק, איך בין היינט ב"ה אן אנדער מענטש אינגאנצן, איך האב אנגעהויבן לערנען שיעורים כסדרן, איך גיי יעצט ענדיגן תנ"ך צום ערשטן מאל אין לעבן, און אין די אנדערע שיעורים בין איך ב"ה אויך זייער שיין מצליח.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן וועגן מיין שווער. ער קומט צו מיר אהיים און ער ווייזט פאר די קינדער קליפס אויף זיין אייפאון. איך פרוביר אים צו זאגן אז ביי אונז קוקט מען נישט אין די זאכן, אבער ער זאגט אז אביסל מעג מען יא, און אז מ'דארף אויסלערנען די קינדער וואס מ'מעג זען און וואס מ'טאר נישט זען.


ווידער איז ער א ביזנעס מאן, ער פארט אסאך איבער די וועלט, און מיר האבן נישט אלץ א וועג ווי אזוי אנצוקומען צו אים. און דעריבער זאגט ער אונז אלץ אז מיר זאלן אריינעמען די כלים אינדערהיים כדי צו קענען האלטן קשר מיט אים.


אויך האבן מיר א שאלה וואס צו טון ווען ער איז ביי אונז אויף שבת, מיר ווייסן נישט אויב מיר קענען יוצא זיין קידוש פון אים, צי מ'מעג טרינקען פון זיין וויין, און אזוי ווייטער לגבי אנדערע הלכות, וואס איז זיין דין?


אויך מאכט זיך אז ער רעדט אמאל זאכן וואס מ'רעדט נישט אין א אידישע שטוב.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן הדרכה וואס צו טון און ווי אזוי זיך צו פירן. ביז יעצט האב איך געהאט נאר קליינע קינדער, אבער יעצט הויבן זיי שוין אן צו פארשטיין אביסל, און מיר מוזן וויסן וואס זיי צו זאגן, און ווי אזוי זיך צו פירן מיט זיי.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו לערנסט אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; ווער עס נעמט אן דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות איז זוכה צו גאר שיינע זאכן, מען איז זוכה צו מטייל זיין בכל התורה כולה און צו זיין דבוק אינעם אייבערשטן.


אויף דיינע פראגות וואס דו פרעגסט וועל איך דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:


א)   וויסן זאלסטו אז דער רבי גיבט אונז א וועג צו קענען זיין ערליך און הייליג און אין די זעלבע צייט אויך מכבד זיין די עלטערן אפילו זיי פירן זיך אנדערש וכו'.


בנוגע אייער שווער וואס ער קומט אין שטוב און ווייזט פאר די קינדער קליפס וכו'; וויסן זאלט איר אז כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די כבוד פון עלטערן. דער רמב"ם שרייבט (פרק ה' מהלכות ממרים, הלכה טו): "כָּל הַמְבַזֶּה אָבִיו אוֹ אִמּוֹ אֲפִילוּ בִּדְבָרִים וַאֲפִלּוּ בִּרְמִיזָה - הֲרֵי זֶה אָרוּר מִפִּי הַגְּבוּרָה", אויב מען פארשעמט עלטערן אפילו נאר מיט ווערטער, אדער אפילו נאר ברמיזה - איז מען שוין פארשאלטן פונעם אייבערשטן; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט מיט עלטערן צו רעדן צו זיי בדרך כבוד, מיט דרך ארץ און הכנעה.


וואויל איז דיר אז דו נעמסט נישט אריין אין דיין שטוב קיין שום סארט כלי וואס ערליכע אידן נעמען נישט אריין אין שטוב און דו ווילסט אויפצוען ערליכע אידישע דורות, אבער פון די אנדערע זייט דארפסטו וויסן אז דער שטערקסטער חינוך פאר די קינדער איז זיי ווייזן ווי מען שעצט די עלטערן; קינדער קען מען נישט אויסשפילן, קינדער ווייסן אלעס און כאפן אלעס אויף. אפילו ווען מען פירט זיך מער אפגעהיטן ווי די עלטערן וכו' טאר מען נישט רעדן צו זיי מיט חוצפה און זלזול, מען טאר נישט אוועק מאכן די עלטערן ווי אזוי זיי פירן זיך, נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר זיי און פאר אלע אידן אז אלע זאלן תשובה טון און זיך פירן על דרך התורה.


אז דו וועסט מכבד זיין דיין שווער און פון די אנדערע זייט וועסטו ווייטער זיין שטארק מיט דיין וועג פון חינוך וכו' וועט דיין שווער אליינס האבן שכל נישט צו קומען צו דיר מיט דעם וכו', ער וועט אליינס אויפהערן ווייזן פאר דיינע קינדער קליפס וכדומה.


דו קענסט אים זאגן מיט גרויס דרך ארץ מיט געמאסטענע ווערטער פאר ער קומט צו דיר אין שטוב אז דו ביסט מחנך די קינדער זיי זאלן זיין אפגעזונדערט פון די כלים וכו' און אזוי לערנט מען מיט זיי אין חדר און אין סקול און אז זיי זעען דאס ביי זייער זיידע טוט עס זיי צעמישן; אז דו וועסט אים דאס זאגן מיט דרך ארץ, נישט אויף אן אופן אז דו לערנסט אים וואס צו טון נאר אז דאס צעמישט די קינדער וועט ער זיכער מער נישט קומען צו דיר מיט דעם.


ב)   אויף דיין צווייטע פראגע אז ער בעט איר זאלט אריין נעמען אין שטוב א קאמפיוטער אז ער זאל קענען רעדן וכו'; וואס זאל איך דיר זאגן, הונדערטער שטובער זענען שוין ליידער חרוב געווארן פון דעם וואס מען האט אריין געברענגט אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, אייפאד, אייפעד וכו' וכו'. דאס רייסט ארויס יעדעס ברעקל יראת שמים, עס קילט אפ די אמונה, עס איז גורם אז די גאנצע שטוב זאל צעפאלן ווערן, און צום סוף פאלט מען אראפ אין זייער א טיפע אפגרינד. דערפאר איז אסור צו האבן אין שטוב סיי וואס פאר א כלי וועלכע מען קען מחבר זיין צום אינטערנעט, אדער וואס מען קען זען דערויף מאוויס. דאס האט נישט צו טון מיט פרומקייט, דאס איז פשוט'ע שכל; און די אלע וואס לאכן זיך אויס דערפון, זיי לאכן אפ פון ערליכע אידן וואס זאגן אז מען זאל דאס נישט אריין ברענגען אין שטוב, די מאכן לצנות פון זיך אליינס און זיי וועלן באצאלן א טייערן פרייז ה' ירחם.


ג)     אויף דיין דריטע פראגע; דו שרייבסט נישט פארוואס מען קען נישט יוצא זיין קידוש פון אים וכו'. דו קענסט נוצן פאר קידוש מאסט וכדומה לזה וואס האט נישט די אלע שאלות, אבער חס ושלום מאכן א פירוד לבבות צווישן אירע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות וואס דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער.

#6 - מיינע עלטערן לאזן מיר נישט האבן קיין אינטערנעט, וואס טו איך?
בחור, חינוך הילדים, אינטערנעט, קאמפיוטער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 17 יאר, מיינע עלטערן פלעגן האבן אין שטוב אפענע אינטערנעט, און דאס האט מיר געברענגט צו זען און קוקן דארט דאס ערגסטע. צוביסלעך זענען זיי קלוגער געווארן און האבן אפגעשפארט די אינטערנעט, אבער זיי האבן מיר געלאזט האבן א טעבלעט וואס האט געהאט א שטיקל פילטער, יעצט האט א געוויסער מחנך זיי אויפגעקלערט אז דאס איז אויך נישט גוט, און זיי האבן מיר אלעס אוועקגענומען.


איך שפיר אז איך קען נישט זיין אינגאנצן אפגעהאקט פון די וועלט, איך בעט זיך ביי זיי אז איך וויל ווייטער האבן א טעבלעט מיט א גוטע פילטער, דא אין ארץ ישראל רופט מען עס "אינטרנט רימון", מ'קען מיט דעם זען נאר אימעילס, היימישע סייטס, און כשר'ע געפילטערע יוטוב, מיינע עלטערן ווילן מיר אבער דאס נישט נאכגעבן.


יעצט, מיינע עלטערן פארלאזן זיך אויף אייך, און דעריבער ווענד איך זיך צו אייך, אפשר שרייבט איר פאר מיר און פאר מיינע עלטערן וואס איז די ריכטיגע וועג צו האנדלען אין דעם מצב.


א גרויסן יישר כח פאר אלע אייערע שיעורים וואס איז ממש מיין לעבן.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ישראל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו בעטסט מיר איך זאל שרייבן פאר דיינע עלטערן א בריוו אז זיי זאלן דיר לאזן האבן אינטערנעט; וואס זאך איך דיר זאגן, ווען דו זאלסט הערן וויפיל פראבלעמען דער אינטערנעט איז גורם וואלסטו נישט געבעטן מען זאל דיר עס לאזן האבן. אינטערנעט איז א גרויסע צרה פאר אונזער דור, דאס האט שוין חרוב געמאכט זייער אסאך אידישע שטובער; הונדערטער שטובער זענען שוין צעטיילט געווארן צוליב דעם.


וואס זאל איך דיר זאגן, דער ס"מ האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפ ווארפן אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך, גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג. ער רעדט צו א בחור צו קויפן א סמארט-פאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, און ער דארף שוין מער נישט ארבעטן אים צוצורעדן צו עבירות, דער בחור דארף שוין נישט גיין אין ערגעץ, ער זיצט ביי זיך באהאלטן און קוקט אלע שמוץ וואס איז פארהאן אויף די וועלט רחמנא לצלן.


נאך אביסל וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך, דו וועסט אם ירצה ה' חתונה האבן און אויפשטעלן א שטוב, אלס א טאטע וועסטו דארפן זיין א דוגמא פאר דיינע קינדער, ווי אזוי וועסטו קענען אריין לייגן אין דיינע קינדער יראת שמים אז דו אליינס זיצט טאג און נאכט אויפן אינטערנעט?! איך בעט דיר זייער ווארף אוועק דיין סמארט-פאון, דאס איז נישט קיין גוטע זאך און עס וועט דיר נישט ברענגען קיין גוטס.


אז מען קוקט שמוציגע זאכן ווערט מען אויסגעריסן אויך פון דער וועלט; דער יצר הרע רוט נישט ווי לאנג ער רייסט אויס דעם מענטש סיי פון דער וועלט און סיי פון יענע וועלט.


ר' אברהם בן ר' נחמן האט געזאגט: "דער ס"מ וויל נישט צונעמען פונעם מענטש בלויז זיין רוחניות, ער וויל אים אויך צונעמען זיין גשמיות - זיין לעבן אויף דער וועלט, ער וויל אים הרג'ענען אינגאנצן"; דאס פאסירט אז מען קוקט שמוץ רחמנא לצלן, מען פארלירט דעם מח, און אז מען האט נישט קיין מח האט מען גארנישט, פרעג איך דיר: "צו וואס דארפסטו דעם צרה?!"


דאס וואס דו שפירסט אז דו ביסט אפגעהאקט פון די וועלט; וויסן זאלסטו אז עס איז נישט אזוי, אמת, יעצט איז דיר שווער צו זיין אן דעם ווייל דו דארפסט זיך צוגעוואוינען צו לעבן אין ווירקלעכקייט, די אלע כלים נעמען דאך אוועק דעם מח פונעם מענטש פון לעבן מיטן מציאות וכו', אבער באמת איז מען בכלל נישט אפגעהאקט פון דער וועלט; דער וואס האט נישט קיין אינטערנעט איז נישט אפגעהאקט פון דער וועלט, טויזנטער ערליכע אידן יראים ושלמים לעבן זייער א שיינע לעבן און ציען אויף ערליכע דורות אן דעם וואס זיי האבן א וועג צום אינטערנעט.


אין דעם זכות וואס דו וועסט זיין אפגעהיטן און מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן וועסטו טרעפן א גוטע שידוך, אן ערליכע מיידל און איר וועט צוזאמען אויפשטעלן א שיינע שטוב און זען נחת פון ענקערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#5 - מעג מען נוצן די ארבעט'ס קאמפיוטער פאר די אייגענע צוועקן?
פרנסה, קאמפיוטער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פון אלע שיעורים, אייער זכות הרבים איז געוואלדיג גרויס.


איך האב געוואלט בעטן אן עצה, רוב פון מיין ארבעט איז אויף א קאמפיוטער ביי א ביזנעס, עס האט ב"ה א גוטע פילטער און ס'האט נישט קיין פראבלעמען אין עניני קדושה. דער פראבלעם איז אבער אז איך טו אסאך זייטיגע זאכן אויפ'ן קאמפיוטער, סיי פאר מיר און סיי פאר טובות פאר אנדערע, צו באשטעלן זאכן וכדומה.


למעשה גייט מיר אוועק א האלבע צייט פון די ארבעט פאר די זייטיגע זאכן, און דאס גייט אויפ'ן חשבון פון מיין באלעבאס וואס צאלט מיר פאר די פולע צייט וואס איך ארבעט. איך ווייס אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן איך דארף אבער אן עצה ווי אזוי פטור צו ווערן פון די זייטיגע זאכן אויפ'ן קאמפיוטער, און נישט ווערן אריינגעצויגן אזויפיל אין זייטיגע זאכן.


א גרויסן יישר כח. ברכה והצלחה.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל פקודי, י"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז גנב'נען איז זייער א הארבע זאך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קח.): "בּוֹא וּרְאֵה כַּמָה גָּדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל חָמָס, שֶׁהֲרֵי דּוֹר הַמַּבּוּל עָבְרוּ עַל הַכֹּל וְלֹא נֶחְתַּם עֲלֵיהֶם גְזַר דִּינָם עַד שֶׁפָּשְׁטוּ יְדֵיהֶם בְּגֶזֶל", ביים דור המבול האבן די מענטשן עובר געווען אויף אלע עבירות, אבער די גזירה פון פארלענדן דעם גאנצן דור דורך דעם מבול האט דער אייבערשטער גע'חתמ'עט נאר נאכדעם וואס זיי האבן געטון די עבירה פון גנב'נען, אזוי הארב איז די עבירה פון גנב'נען.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות גניבה וגזילה, סימן א): "מִי שֶׁנִּפְתָּה לִבּוֹ לִגְזֹל וְכֵיוָן שֶׁהִתִּיר לְעַצְמוֹ גְּזֵלַת חֲבֵרוֹ, הֲרֵי הוּא מוּכָן לְכָל חֵטְא וְעָוֹן, וְאֵין תַּקָּנָה לַהֲסִירוֹ מִדַּרְכּוֹ הָרָעָה", ווער עס גנב'עט איז נישט דא קיין וועג ווי אזוי מען קען אים מאכן אויפהערן גנב'נען; מוהרא"ש איז דאס מסביר, פארוואס טאקע איז גנב'נען אזוי הארב אז דער רבי זאגט אז מען קען נישט צוריק ברענגען דעם מענטש צום גוטן וועג? ווייל מען זעט אין די גמרא (בבא קמא עט:): די תלמידים פון רבי יוחנן בן זכאי האבן אים געפרעגט: "מִפְּנֵי מַה הֶחֱמִירָה תּוֹרָה בְּגַנָּב יוֹתֵר מִגַּזְלָן?" פארוואס האט די תורה מער מחמיר געווען ווען איינער האט גע'גנב'ט אז ער דארף באצאלן דאפעלט ווי ביי איינער וואס גזל'ט, האט ער געזאגט: "זֶה הִשְׁוָה כְּבוֹד עֶבֶד לִכְבוֹד קוֹנוֹ, וְזֶה לֹא הִשְׁוָה כְּבוֹד עֶבֶד לִכְבוֹד קוֹנוֹ", דער וואס גנב'ט באהאלט זיך אז קיינער זאל נישט זען, ווייזט ער מיט דעם אז ער גלייבט נישט אז דער אייבערשטער איז דא, קומט אויס אז ער איז א כופר בעיקר, ווייל ווען ער וואלט ווען געגלייבט אז דער אייבערשטער איז איבעראל, ער זעט אלעס און הערט אלעס, מען קען זיך נישט באהאלטן פון אים, וואלט ער זיכער נישט גע'גנב'ט פון רוב פחד אינעם אייבערשטן.


איך געדענק אז יארן צוריק ווען איך בין געווען א מלמד בין איך קיינמאל נישט ארויס פון כיתה שמועסן מיט די אנדערע מלמדים בזמן הלימוד, בשעת וואס מלמדים פלעגן שטיין אינדרויסן אין שמועסן אויפן חשבון פון די קינדער; דער רמב"ם שרייבט (פרק ב' מהלכות תלמוד תורה, הלכה ד): "מְלַמֵּד תִּינוֹקוֹת שֶׁהוּא מַנִּיחַ אֶת הַתִּינוֹקוֹת וְיוֹצֵא, אוֹ שֶׁהוּא עוֹשֶׂה מְלָאכָה אַחֶרֶת עִמָּהֶן, אוֹ שֶׁהוּא מִתְרַשֵׁל בְּתַּלְמוּדָן - הֲרֵי הוּא בִּכְלַל 'אָרוּר עוֹשֶׂה מְלֶאכֶת ה' רְמִיָּה' (ירמיהו מח, י); אנדערע מלמדים האבן געמאכט געשעפטן בזמן הלימוד, זיי האבן זיך געקויפט הייזער וכו', דאס איז ריכטיג גניבה וגזילה. ווייל אלע זייערע געשעפטן וואס זיי האבן זיך איינגעהאנדלט אין די צייט וואס זיי דארפן זיין אין כיתה - געהערט פאר די קינדער, דאס איז בכלל נישט זייערס; דאס זעלבע איז ביי דיר, אלעס וואס דו קויפסט אין די צייט וואס דו ארבעסט פאר דיין בעל הבית געהערט פאר אים און אלעס וואס דו ביסט מרויח דערפון איז גניבה.


 זאג נישט אז דו קענסט נישט וכו', זאג אז דו ווילסט נישט; איינער האט געפרעגט דעם רבי'ן ווי איז שייך צו זאגן אז א מענטש האט א בחירה? אויב מען איז צוגעקלעבט צו שלעכטע מעשים ווי אזוי איז שייך צו זאגן פאר א מענטש: "דו האסט א בחירה", עס איז דאך אומעגליך זיך אפצושיידן פון א געוואוינהייט! האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קי): "אויב מען וויל טוט מען עס, און אז מען וויל נישט טוט מען נישט"; שרייבט ר' נתן (שם): איך האב מיר פארצייכנט וואס דער רבי האט אים געענפערט, ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם, זיי פרעגן די קשיא: "ווי איז שייך צו זאגן אז איך האב א בחירה, ווען איך קען זיך נישט אפשיידן פון מיין געוואוינהייט וואס איך האב זיך צוגעוואוינט צו טון?" דערפאר מיינען זיי אז עס איז טאקע אומעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים.


זע צו טון דיין ארבעט אזוי ווי עס דארף צו זיין וועט דיר גוט זיין.

#4 - א כשר'ע סמארטפאון מיט א פילטער, וועט שאטן פאר מיינע קינדער?
חינוך הילדים, סמארטפאון, אינטערנעט, קאמפיוטער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, איך בין ממש צוגעבינדען צו די שיעורים, און איך בין זיך מחיה מיט זיי.


איך בין א אינגערמאן מיט א ווייב און קינדער ב"ה, איך האב א שיינע פרנסה און איך לערן א האלבן טאג. צו מיין ארבעט האב איך א סמארטפאון מיט זייער א גוטע פילטער פון מיין קהלה, עס האט נישט קיין גוגל, ווידיא, סאושעל מידיא, וואטסאפ גראפס, און אזוי ווייטער, נאר די וויכטיגע אפליקאציעס וואס איך דארף האבן פאר די ארבעט, און איך נוץ עס טאקע נאר פאר די ארבעט און נישט פאר נארישקייטן און ליידיג גיין.


לעצטנס האבן מיר אבער מענטשן אנגעהויבן צו זאגן אז אפילו איך האב א גוטע פילטער און איך נוץ עס נאר פאר נויטיג, איז עס אבער נאכאלץ נישט גוט פאר די קינדער, ווייל זיי קענען נישט מבחין זיין וואס ס'איז יא וויכטיג און וואס נישט, וואס איז יא כשר און וואס נישט, און ביי זיי בלייבט אין קאפ אז דער טאטע האט א סמארטפאון און דאס וועלן זיי וועלן נאכמאכן.


מיר איז שווער אויפצוגעבן דעם סמארטפאון וואס איך נוץ פאר די ארבעט, און אויך דארף איך האבן קשר מיט מענטשן פון חוץ לארץ פאר די ארבעט און דאס איז שווער צו טון בלויז מיט'ן רעדן אויפ'ן טעלעפאן. איך מיין אז ווען א טאטע איז מתפלל פאר זיך און פאר די קינדער, ער האט נאר געפילטערטע סמארטפאון פאר די ארבעט, און אויף צום רעדן האט ער א באזונדערע פשוטע טעלעפאן, הייסט דאס שוין אז ער האט געטון גענוג גוט וואס ער דארף צו טון, און ער דארף נישט זיין אזוי באזארגט.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען זאגן וואס ס'איז דער דרך התורה ביי דעם.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טאטע מאמע וואס ווילן זען נחת פון זייערע קינדער דארפן פארגיסן אסאך טרערן צום אייבערשטן אויף דעם.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער - זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵך בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם, לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים אינעם בית המקדש. און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטוהן די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער.


וויסן זאלסטו אז מיר האבן אין אונזער דור א צרה וואס רופט זיך: "אינטערנעט"; דאס האט שוין חרוב געמאכט זייער אסאך אידישע שטובער. דאס ברענגט אז מען זאל אראפפאלן אין עבירות און פארלירן די אמונה און יראת שמים רחמנא לצלן. א איד טאר נישט האבן ביי זיך אין שטוב א קאמפיוטער אדער סיי וואסערע כלי וואס מען קען זיך מחבר זיין צום אינטערנעט, ווייל ביים סוף וועט מען אלעס פארלירן וכו'.


וואס זאל איך דיר זאגן, דער ס"מ האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפ ווארפן אידישע קינדער, בחורים און מיידליך, גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג, דער בחור קויפט זיך א סמארטפאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, דארף ער שוין נישט גיין אין ערגעץ. ער זיצט ביי זיך באהאלטן און קוקט דארט אפ אלע שמוץ וואס איז דא אויף דער וועלט רחמנא לצלן.


דאס וואס מענטשן זאגן דיר אז קינדער זעהן ווי דער טאטע פירט זיך און אזוי וועלן זיי אויך טון, דאס איז דער פאקטישער מציאות. אזוי זאגן די הייליגע חכמינו זכרונם לברכה (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא - אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד רעדט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליינס, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. קינדער וואס זעהן ווי דער טאטע שפילט זיך טאג און נאכט מיט זיין טעלעפאן, וועלן די קינדער זיך קויפן שטילערהייט א טעלעפאן און זיין פארנומען דערמיט טאג און נאכט. אזוי אויך, קינדער וואס זעהן ווי דער טאטע לערנט און דאווענט וועלן זיי אויך זיין ערליכע אידן.


דו שרייבסט אז דו דארפסט דאס פאר דיין ארבעט; וויסן זאלסטו אז נאך די צייט פון די ארבעט, ווען דו גייסט אהיים צו דיין שטוב דארפסטו פארמאכן וכו' און זיין פארנומען מיט דיין ווייב און קינדער. א מענטש וואס וויל נחת זען פון זיינע קינדער דארף אכטונג געבן נישט אריין צו ברענגען אין שטוב זיין קאמפיוטער; סמארטפאון וכו'; ארבעט איז ארבעט, אבער ווען מען איז אין שטוב דעמאלט נוצט מען נישט די אלע זאכן.


איך האף אז דו וועסט נישט אהיים ברענגען דיין סמארטפאון; דאס וועט זיין די גרעסטע חינוך פאר דיינע קינדער, ווייל זיי וועלן זען ווי זייער טאטע איז ערליך, ער דאווענט און לערנט און נוצט זיין טעלעפאן נאר פאר זיין ארבעט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - מיינע עלטערן זענען פארנומען מיט'ן פאון, און האבן נישט קיין צייט פאר מיר
בחור, כיבוד אב ואם, סמארטפאון, קאמפיוטער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן ש'כח פאר אלע עצות וואס איר געבט אונז. איך האב געוואלט פרעגן, איך בין א בחור און איך קום ב"ה פון א געזונטע שטוב מיט פיינע עלטערן ב"ה, אבער איין פראבלעם האב איך אינדערהיים וואס מאכט עס זאל מיר פארגיין די גאנצע אפעטיט פון זיין אינדערהיים, און וועגן דעם פרוביר איך צו זיין דארט ווי ווייניגער, דאס איז ווייל ווען איך וויל רעדן צו מיינע עלטערן זענען זיי פארנומען מיט זייער "סמארטפאון".


אסאך מאל פיל איך ממש ווי איך ווער כעס'יג דערפון, זאל עס זיין מיר צי מיינע ברידערס און שוועסטערס, עס איז נישט דא צו וועם צו רעדן ווייל מען דארף קודם ענטפערן א מעסידזש וכו'. איך פיל ממש ווי די שטוב ווערט צופאלן דערפון, איך וויל וויסן וואס איך זאל טון דערוועגן, צי זאל איך עפעס זאגן אדער סתם שווייגן?


א גרויסן שכח פאר אלעם.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויפיל מען זאל נאר רעדן וועגן דעם חומר הענין פון האבן אין שטוב א קאמפיוטער, סמארט-פאון וכו' איז נישט גענוג; דאס האט שוין ליידער חרוב געמאכט צענדליגער משפחות.


דאס איז א שרעקליכע צרה פאר אונזער דור, ווייל ווען מען האט א אפענעם קאמפיוטער מיט אינטערנעט אדער אן אייפאד, סמארט-פאון וכו', קען מען זען אלע שמוץ אויף דער וועלט; דאס נעמט אוועק די גאנצע יראת שמים פון א מענטש, דאס קילט אפ די אמונה פון א איד און ברענגט אריין אין אים כפירות און אפיקורסות, און נאכדעם ווערט מען אינגאנצן אומגליקליך.


ווען מען קוקט שמוציגע מאוויס וכו' ווערט מען צוגעקלעבט צו דעם, ביז עס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען דערפון; אזוי ווי די וואס זענען צוגעבינדען (עדיקטעד) צו דראגס וכו' אדער צו אלקאהאל וכו' קענען זיך נישט אפרייסן דערפון, אזוי אויך דער וואס האט א קאמפיוטער מיט אינטערנעט אדער א אייפאד, סמארט-פאון וכו', און קוקט שמוציגע מאוויס וכו', ער ווערט זייער צוגעקלעבט דערצו, ביז עס איז שוין זייער שווער ארויסצוקריכן פון דעם. דער מח ווערט אינגאנצן אויסגעברענט פון די אלע עקעלדיגע שמוציגע מאוויס, ביז מען פאלט אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן, נאכדעם הייבט מען אן צו האבן קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן. דערפאר טאר מען נישט האבן אין שטוב אן אפענעם קאמפיוטער מיט אינטערנעט, אדער א סמארט-פאון.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין מה.): "אֵין יֵּצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶּה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", ווען מען היט זיך נישט די אויגן, מען קוקט אויף שמוציגע בילדער, מען קוקט אויף שמוציגע מאוויס, פאלט מען אראפ אין עבירות; וואויל איז דעם וואס האט שכל און פאלגט וואס אלע ערליכע אידן זאגן, ער האלט זיין שטוב ערליך און ריין, דער וועט זוכה זיין צו זען נחת ביי זיינע קינדער און אייניקלעך.


וויפיל בריוו האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געשריבן צו תלמידי היכל הקודש, ווי ער בעט זיך מיר זאלן אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער, אויף אונזערע דורות, און מיר זאלן נישט האבן אין שטוב קיין קאמפיוטער, סמארט-פאון, אייפאד; וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט ביי די שיעורים מיר זאלן נישט האבן קיין שום שייכות מיט סאשעל מידיע.


זאלסט אכטונג געבן אויף די מצוה פון כיבוד אב ואם; זאלסט חס ושלום נישט זיין קיין עזות פנים און זאגן מוסר וכו', נאר דו זאלסט מכבד זיין דיינע עלטערן, ווייל עס איז נישט דא נאך אזא מצוה ווי די מצוה פון כיבוד אב ואם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוּ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער האט באשאפן די גאנצע וועלט, און ער בעט פון אונז אז מיר זאלן מכבד זיין אונזערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל שוין מקוים ווערן דער פסוק (זכריה יג, ב): "וְאֶת רוּחַ הַטֻּמְאָה אַעֲבִיר מִן הָאָרֶץ", דער אייבערשטער וועט אוועק נעמען דעם יצר הרע, און אלע וועלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - מיין מאן וויל קוקן מאוויס, וואס טו איך?
שלום בית, קאמפיוטער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן בעט מיר שוין א שטיק צייט אז ער וויל קוקן מיט מיר צוזאמען א מאווי פילם (אינדערהיים). א לאנגע צייט צוריק פלעגן מיר דא דארט קוקן מאוויס, איך בין אלץ געווען אומבאקוועם דערמיט אבער איך האב געטראכט אז מיר זענען נאך יונג און מיר האבן נאכנישט קיין שטוב מיט קינדער. אויך האב איך אביסל מורא געהאט זיך ארויסצושטעלן קעגן מיין מאן. איך האב געטראכט אז בעסער זאל ער קוקן מיט מיר צוזאמען אינדערהיים ווי איידער ארויסגיין מיט פרעמדע אין א טיאטער... אויך האב איך געטראכט ער וועט דאס אויסוואקסן.


למעשה ביזדערווייל זענען מיר אריבער אסאך שווערע צייטן אין די שלום בית. מיר זענען אין טעראפי, און איך האב זיך אויסגעלערנט זיך צו האלטן צו מיינע זאכן און נישט מורא האבן פון אים. למעשה זענען מיר נאך בכלל נישט מסודר, אבער מיר פרובירן צו ארבעטן ווייטער.


יעצט די לעצטע וואך צייט בעט מיין מאן ער וויל זעהן מיט מיר א מאווי. איך בין שוין אביסל געשטיגן און אביסל שטערקער. איך פאר מיר אליין האב שוין אפגעמאכט מער נישט צו קוקן מאוויס. איך בין גרייט צו זיין מער אפגעהיטן. איך האב זיך פרובירט ארויסצודרייען מיט תירוצים. היינט אבער האט ער קלאר געזאגט וואס ער וויל, און מיר געווארנט איך זאל נישט זיין קיין אויבער חכם און אז דער אייבישטער האט פיינט פרומע פרויען און איך זאל טון וואס ער בעט און נישט ווארטן ער זאל טרעפן א צווייטן מיט וועם צו קוקן מאוויס.


איך ווייס נישט וואס צו טון. דארף איך דא זיין פאר מיין מאן און טון וויאזוי ער וויל, אדער דארף איך זיך האלטן שטארק און אים אפזאגן אפילו אויב ער סטראשעט?


איך האף צו באקומען אן ענטפער ווי אומשנעלסטן, יישר כח.


מרת ...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב מיט איר חכמה, און א נארישע פרוי צעברעכט איר שטוב מיט אירע אייגענע הענט; מען דארף וויסן און געדענקען אז די היינטיגע דור איז זייער שטארק געפאלן, די נסיונות זענען זייער גרויס, די פריצות אויפן גאס איז זייער גרויס, און מען קען זייער גרינג דורכפאלן אין הארבע עבירות. דעריבער דארף א פרוי זיין קלוג און אייביג זיין גרייט פאר איר מאן; ווען דער מאן זעט אז זיין ווייב איז שטענדיג גרייט פאר אים, זי איז אלעמאל מיט אים, וועט דאס אים אפהיטן פון שלעכטס.


ליידער זענען דא פרויען וואס פרובירן איינצורעדן אנדערע פרויען אז א אויב מען וויל זיין מער חשוב, מער הייליג, זאל מען זיך אפשיידן פונעם מאן, מען זאל נישט זיין גרייט פארן מאן וכו'. אבער די הייליגע חכמים זאגן אונז פונקט פארקערט, חז"ל זאגן (סוטה כ): פרויען וואס שיידן זיך אפ פון זייערע מענער, די פרויען מאכן חרוב דער וועלט; ווייל אז דער מאן האט נישט זיין פרוי גרייט פאר אים, גייט ער נאכדעם זוכן עבירות רחמנא לצלן. א פרוי וואס איז קלוג געבט ליבשאפט פאר איר מאן, אזוי וועט איר מאן זיין ערליך, הייליג און קיינמאל נישט לויפן זוכן עבירות.


דאס וואס מען זעט היינט אז זייער אסאך אינגעלייט פאלן אראפ, זיי זוכן זיך גליקן אין דער פרעמד וכו'; זייער אסאך מאל קומט דאס ווייל זיי האבן נישט קיין ווייב וואס איז גרייט פאר זיי, די כלה טיטשער האט אויסגעלערנט פאלשע לימודים, פאלשע הדרכות, וואס דאס ברענגט נאכדעם א גרויסער חורבן. אנשטאט מחנך זיין די כלות זיי זאלן וויסן וואס הייסט אן ערליכע פרוי על פי חכמינו זכרונם לברכה, וואס זיי זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק ט): "אֵין לְך כְּשֵׁרָה בַּנָּשִׁים אֶלָּא אִשָּׁה שֶּׁעוֹשֶׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", ווער איז א ערליכער פרוי? א פרוי וואס איז גרייט פארן מאן וכו', וואס דאס וואלט געמאכט אז די אינגעלייט זאלן זיין צופרידן אין שטוב און נישט זוכן צו קוקן עקעלדיגע מאוויס, איז מען זיי מחנך מיט חומרות וואס האט נישט קיין שום מקור אין שלחן ערוך, דאס איז גורם אז אינגעלייט זאלן נאכדעם אראפפאלן אין נישט גוטע מעשים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער חכמה ווי פאר א מאן"; דארף א פרוי זען אויסצוניצן איר חכמה אויפצובויען איר שטוב. אין די וועלט איז אנגענומען אז דער מאן דארף זיין דער וואס געבט ליבשאפט פאר די פרוי, דערנאך געבט די פרוי צוריק ליבשאפט, אבער ווען א פרוי ניצט איר שכל, וועט זי נישט ווארטן אז דער מאן זאל איר געבן ליבשאפט און ערשט נאכדעם וועט זי צוריק ווייזן ליבשאפט, נאר פארקערט - זי וועט ערשט אנהייבן געבן ליבשאפט פאר אים, וועט דער מאן איר צוריק געבן גוטע וועטער און איר געבן ליבשאפט.


בנוגע אריין ברענגען אין שטוב א קאמפיוטער וכו' צו קוקן אויף דעם מאוויס; וויסן זאלסטו אז צענדליגער שטובער זענען שוין ליידער חרוב געווארן פון דעם וואס מען האט אריין געברענגט אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, אייפאד, אייפעד וכו' וכו', עס רייסט ארויס יעדעס ברעקל יראת שמים, עס קילט אפ די אמונה, עס איז גורם אז די גאנצע שטוב זאל צעפאלן ווערן און צום סוף פאלט מען אראפ אין זייער א טיפע אפגרינד. דערפאר איז אסור צו האבן אין שטוב סיי וואסערע כלי וואס מען קען מחבר זיין צום אינטערנעט, ווייל דאס רייסט אויס יעדעס פינטעלע יראת שמים. דאס האט נישט צו טון מיט פרומקייט, דאס איז פשוט'ע שכל; אז מען קוקט שמוץ פארלירט מען דאס לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל אריין גיין א רוח טהרה אין אייער מאן, ער זאל ארויס ווארפן פון שטוב דעם קאמפיוטער וכדומה לזה, ווייל מען קען זייער גרינג פארלירן דער וועלט און יענע וועלט, און איר זאלט האבן חכמה ווי אזוי צו משכנע זיין אייער מאן מיט ליבשאפט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין ק:): א פרוי וואס איז שטענדיג גרייט פאר איר מאן, זי וויל זיין מיט אים וכו', וועט זי זוכה זיין צו האבן אזעלכע וואוילע קינדער, וואס אפילו אין די צייטן פון משה רבינו איז נישט געווען אזעלכע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#1 - מעגן קינדער זען דרשות אויפ'ן קאמפיוטער?
חינוך הילדים, קאמפיוטער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין אינגל האט זייער ליב צו הערן אייערע שיעורים, ער פלעגט זיצן שעות און זיך איינהערן דורכ'ן קאמפיוטער, ער האט באקומען ההתלהבות צו לערנען משניות און אויך דער הייליגן רבינ'ס ספרים.


עס איז וויכטיג צו באצייכענען אז די קינדער זעען קיינמאל גארנישט אין קאמפיוטער, פארשטייט זיך אז עס איז נישטא קיין מאוויס אדער קליפס א.ד.ג., (אפילו נישט קליפס פון די ישיבה) עס ניצט נאר פאר ארבעט.


אין איינע פון אייערע ענטפערס אויפ'ן וועבסייט האב איך געזען אז איר שרייבט אז קינדער זאלן גארנישט זען אויף א קאמפיוטער, האב איך אויפגעהערט אים צו ווייזן און אים געזאגט ער זאל הערן דורכ'ן טעלעפאן.


מיין שאלה איז וואס איז בעסער, ער זאל זען די שיעורים אויפ'ן קאמפיוטער, אדער בכלל נישט הערן, נאר ווארטן ער זאל ווערן גרעסער, און דעמאלו וועט ער קענען הערן אין דעם.


נאכאמאל א גרויסן גרויסן דאנק!

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז בעסער אז מען ווייזט נישט קליפס פאר קינדער; א קינד'ס מח פארנעמט גאר אנדערש ווען ער קוקט אויפן סקרין (מסך) ווי אן ערוואקסענער מענטש - אפילו כשר'ע זאכן, למשל פארשטעלונגען וואס היימישע מוסדות שטעלן ארויס; דאס אלעס איז גוט פאר ערוואקסענע מענטשן, מה שאין כן – קינדער, בלייבן זייער פאר'מח'ט און פאר'חלומ'ט נאכן קוקן אויפן סקרין. די אלע דרשות וואס מיר לייגן ארויף וכו' וואו מען קען זען שיעורים פון ישיבה וכו' דאס איז נישט פאר קינדער.


דערפאר זאלט איר וויסן אז איר האט זייער גוט געטון אז איר האט אויפגעהערט צו ווייזן פאר אייערע קינדער דרשות פון ישיבה, ווען ער וועט עלטער ווערן וועט ער קענען קוקן דרשות פון ערליכע אידן וכו'.


דער אייבערשטער זאל ענק געבן כוחות צו מחנך זיין אייערע קינדער, ענק זאלן קענען אויפשטעלן ערליכע ליכטיגע אידישע דורות.


ועל כולם תפילה, תפילה, תפילה; טרערן, טרערן, טרערן - דאס איז דער סוד פון געזונט, הצלחה, נחת, פרנסה וכו' וכו'.