שאלה אין קורצן ענין
#142 - איז מיין תשובה אנגענומען געווארן?
תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און ניגונים וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך בין א כתה ח' אינגל, איך האב געהערט פון מיין מלמד אז די סימן צו וויסן אז מיין תשובה איז אנגענומען געווארן ביים אייבערשטן, איז ווען מען שפירט נאכדעם פרייליך. עס מאכט זיך אבער אסאך מאל ביי מיר אז איך טו תשובה פונקטליך לויט די כללים פון תשובה, איך טו אלע חלקים פון תשובה, אבער איך שפיר נאכאלץ נישט פרייליך, מיינט דאס אז מיין תשובה איז נישט אנגענומען געווארן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען טוט תשובה דארף מען גלייבן אז דער אייבערשטער איז מוחל און נעמט אן די תשובה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסיקתא דרב כהנא, פרשה מד): "גָדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה", תשובה איז זייער גרויס, "שֶׁכֵּיוָן שֶׁאָדָם מְהַרְהֵר בְּלִבּוֹ לַעֲשֹוֹת תְּשׁוּבָה", ווען א מענטש טראכט ביי זיך 'איך גיי תשובה טון, איך גיי אפלאזן מיינע נישט גוטע מעשים', "מִיַּד הִיא עוֹלָה לֹא עַד עֲשָֹרָה יָמִים, וְלֹא עַד עֶשְֹרִים וְלֹא עַד מֵאָה, אֶלָּא עַד מַהֲלַךְ חֲמֵשׁ מֵאוֹת שָׁנִים; וְלֹא עַד רָקִיעַ רִאשׁוֹן וְשֵׁנִי, אֶלָּא שֶׁהִיא עוֹמֶדֶת לִפְנַי כִּסֵא הַכָּבוֹד", קומט ער אן אזוי הויך - ביזן אייבערשטן אליינס, ער קומט אן ביזן כסא הכבוד.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו זיין פרייליך, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך. אויך זאלסטו ארייננעמען אמונה; ווי מער מען חזר'ט אמונה, מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, דער אייבערשטער טוט אלעס, אלעס וואס מען זעט איז איין שטיק אלוקית, דומם צומח חי מדבר, אלעס איז דער אייבערשטער, וואס עס פאסירט איז נאר פאר אונזער טובה - דאס מאכט מען זאל זיין פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#141 - ווי אזוי קען איך זיך ארויסזען פון שלעכטס?
קדושה, תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האלט שוין מער נישט אויס צו ליגן אין שמוץ א גאנצן טאג, אוי אוי אוי, ווי אזוי קען איך זיך ארויסזען פון דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


"מען שרייט און מען שרייט און מען שרייט, העלף מיר טאטע, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע", אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "כְּשֶׁנּוֹפְלִין לִפְעָמִים לְתוֹךְ רֶפֶשׁ וָטִיט, שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לָצֵאת מִשָּׁם", אז מען פאלט אריין אין א בלאטע וואס עס איז שווער ארויסצוגיין דערפון, "צוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין!" וְאָמַר בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן (רבי נתן ברענגט אראפ דעם לשון אין אידיש אזוי ווי דער רבי האט דאס געזאגט): "אוּן אֲפִלּוּ אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען, אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט"; דאס איז די עצה ווי אזוי מען קען ארויסקריכן פון עבירות, מען זאל שרייען צום אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל: "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיךְ אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיךְ אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת".


 צוזאמען מיט די עצה פון זיך גוט אויסשרייען צום אייבערשטן - דארף מען אין די אנדערע צייט זיין זייער פרייליך מיט די מצוות וואס מען איז זוכה צו טון, און מיט דעם אז מיר זענען אידן; שמחה פארברענט די קליפות, שמחה ברענגט צו די העכסטע מדריגה, טו אלעס צו זיין פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#140 - קען מען איינטיילן די ח"י פרקים משניות אין לויף פונעם טאג?
קדושה, לימוד התורה, תשובה, משניות, שכל, שובבי"ם, תיקונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געראטעוועט דאס לעבן מיט די עצות, דרשות, און חיזוק; ווען איך האב זיך אנגעטראפן אין די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א בין איך געווען ממש אויפ'ן שוועל אריינצופאלן אין תהום פון טומאה, און איך בין געראטעוועט געווארן ממש די לעצטע מינוט, און אנגעהויבן אביסל זיך אויפצוהויבן.


איך האב געוואלט פרעגן וועלכע תיקונים איך דארף טון יעצט אין די טעג פון שובבי"ם, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן א וועג מתקן צו זיין.


אויך האב געוואלט פרעגן איבער'ן זאגן ח"י פרקים משניות, אויב דאס דארף זיין אויף איינמאל, אדער קען מען עס איינטיילן אין עטליכע מאל א טאג, יעדעס מאל אביסל, אויב דאס העלפט אויך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לערנען תורה איז די גרעסטע תיקון צו מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען, בפרט לערנען משניות; דאס לויטערט און רייניגקייט די נשמה. ווער רעדט נאך אז מען קען זאגן אכצן פרקים משניות; דאס נעמט אראפ יעדע פלעק, יעדע פגם - פון די נשמה.


עס דארף נישט זיין אין איין צי, מען קען צעטיילן די אכצן פרקים משניות; מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר די בחורים אין ישיבה, אויב איז שווער צו זאגן אין איין צי קען מען דאס צעטיילן אויף זעקס, זעקס, זעקס; אינדערפרי זעקס, נאכמיטאג זעקס און ביינאכט זעקס. מוהרא"ש זאגט דאס איז מרומז אין רבינ'ס ווערטער אין די ערשטע תורה, דער רבי זאגט: "עִיקָר הַכְנָעָתוֹ שֶׁל יֵּצֶר הָרָע, הוּא עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", דער עיקר עצה ווי אזוי מען קען פטור ווערן פונעם יצר הרע איז דורך לערנען תורה, "וְהַתּוֹרָה הִיא בְּחִינַת וָי"ו", די תורה איז אזוי ווי די אויסזען פונעם אות ו', ווייל די לוחות איז געווען ברייט זעקס טפחים און לאנג זעקס טפחים, "וְהַוָי"ו הוּא צוּרַת מַקֵּל", די אות ו' זעט אויס ווי א שטעקן, "כִּי הַתּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה מַכְנִיעַ אֶת הַיֵּצֶר הָרָע שֶׁרוֹצֶה לַעֲשׂוֹת אֶת הָאָדָם מְשׁוּגָע מַמָּשׁ חַס וְשָׁלוֹם", די תורה איז צוגעגליכן צו א שטעקן, פונקט ווי א משוגע'נער פארשטייט נאר ווען מען שלאגט אים מיט א שטעקן, אזוי אויך דער מענטש וואס זינדיגט, וואס ער איז אויך א משוגע'נער, פארשטייט אויך נאר ווען מען שלאגט אים מיט די תורה, נאר די תורה וועט אים מאכן אויפהערן זינדיגן; דאס איז משניות וואס איז זעקס סדרים, דאס איז די אות ו', און אויך איז דאס די אכצן פרקים משניות וואס מען צעטיילט אין דריי מאל זעקס.


זאג יעדן טאג משניות און בלעטער גמרא, דאס וועט דיך ארויסנעמען פון אלע בלאטעס, דאס וועט דיך אפוואשן פון אלע פלעקן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס, האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס"; אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן, וועט די תורה אים ארויסשלעפן פון זיין בלאטע און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#139 - נאכ'ן עובר זיין אויף די הארבסטע עבירות, וואס איז מיין תיקון?
תשובה, עבירות, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט ארום זעקס יאר צוריק, שוין נאך מיין חתונה, בין איך געגאנגען צו מיין מורה דרך זיך דורכצורעדן איבער א שווערע נסיון וואס איך האב זיך געמוטשעט דערמיט, און זיין תירוץ איז געווען "ביסט משוגע?! דאס ווילסטו?!", און דאס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס איך האב זיך דורכגערעדט מיט אים, אבער קיין אנדערער מורה דרך האב איך נישט געהאט.


איך האב אין די לעצטע יארן געהאט מיינע בעסערע און שוואכערע צייטן, איך האב שטענדיג געוואלט זיין נענטער צום אייבערשטן, אבער אין מיינע שוואכערע צייטן בין איך געגאנגען אזוי נידעריג אז עס פאלט א פחד ווי אזוי א קינד פונעם אייבערשטן קען פאלן אזוי נידעריג, איך האב עובר געווען אויף די הארבסטע פון די הארבסטע עבירות רחמנא ליצלן, געגאנגען פון איין עבירה צו א אנדערע ממש וואו א משוגענער, און איך בין נאך געווען א חוטא ומחטיא רחמנא ליצלן, ווי מער איך האב פרובירט ארויסצוקריכן און זיך איינרעדן אז איך ווער בעסער, בין איך נאך טיפער געפאלן.


איך בין יעצט אין א מצב אז איך קען ממש נישט שלאפן ביינאכט פון די שולד געפילן און צער, איך פרוביר צו פאסטן כאטש ביז חצות, איך נעם אפילו נישט א ווארעמע שויער, איך האב זיך פארגענומען קבלות טובות, אבער איך בין באמת פארלוירן און צעבראכן, איך ווייס נישט וואס צו טון, ווי אזוי קען איך תשובה טון אויף מיינע עבירות? קען איך נאך האבן א תיקון? עס מוז זיין אז איך בין אדער באמת משוגע אז איך האב געקענט טון די אלע זאכן אדער האב איך א הויכע נשמה אז דער שטן לאזט מיך נישט אפ.


אין גוטע צייטן קען איך לעבן מיט'ן אייבערשטן און זיך אוועקגעבן בגוף בנפש ובממון ממש, באמת אלע דריי שלא על מנת לקבל שכר אדער אנערקענונג, פאר א צווייטן איד, און אין אנדערע צייטן קען איך דורכפאלן מיט די הארבסטע עבירות וואס די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף, איך בין ממש די מיסט פון די מיסט פון כלל ישראל, אויב איך קען זיך נאך אפילו פאררופן אלס א חלק אין כלל ישראל, איך בין נישט באקאנט מיט די ברסלב'ע דרך און מיט רבי נחמן'ס ספרים, אבער איך ווייס אז מ'זאגט נאך פון אים אם אתה מאמין שאפשר לקלקל תאמין שאפשר לתקן, איך פרוביר זייער שטארק צו גלייבן אז איך קען נאך פאררעכטן, אבער ווי אזוי?


איך ווייס נישט צו וועם מען קען זיך ווענדן פאר א תשובה און תיקון אבער עס איז מיר אונטערגעקומען א קונטרס פון מכתבים און תשובות פון תלמידים וואו מען קען פרעגן שווערע שאלות, נעם איך די העזה אייך צו פרעגן, איך וויל אזוי שטארק זיין ערליך און וואויל, לעבן מיט'ן אייבערשטן און טון זיין רצון, אבער ווי אזוי? איז דא פאר מיר א תשובה? איז דא פאר מיר א תיקון? איך בין גרייט צו טון אלעס אין די וועלט צו האבן א תיקון און זיין שטענדיג נאנט צום אייבערשטן, קענט איר מיך העלפן? די איינציגסטע זאך וואס איך וויל איז אז דער אייבערשטער זאל מיר מוחל זיין אויף מיינע שרעקליכע עבירות, איך זאל האבן א תיקון, און איך זאל שטענדיג טון דעם רצון השם.


איך בעט זיך צו אייך מיט א צובראכן הארץ און מיט טרערן אין די אויגן, איך האב זיך נישט וואו צו ווענדן, העלפט מיר!


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, ל"ז שובבי"ם, כ"ג שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס וחלילה צו זאגן אויף זיך אז דו ביסט די מיסט פון די מיסט פון כלל ישראל; אפילו א איד זינדיגט מיט די ערגסטע עבירות ווארט דער אייבערשטער אויף אים, ער זאל זיך צוריקקערן צו אים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיט.): "יָדוֹ שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פְּרוּסָה תַּחַת כַּנְפֵי הַחַיּוֹת כְּדֵי לְקַבֵּל בַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה", דעם אייבערשטנ'ס האנט איז אויסגעשטרעקט צו אננעמען די תשובה פון די וואס טוען תשובה; זאל א מענטש האבן געטון וואס ער האט געטון, אויב טוט ער תשובה - איז דער אייבערשטער אים מוחל. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי) "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט: "מִיָּד שֶׁהֵם מִתְוַדִּים", גלייך ווען דער מענטש דערציילט מיר אלעס וואס ער האט געטון און ער האט חרטה, "אֲנִי מוֹחֵל לָהֶם", פארגעב איך זיינע זינד.


עס איז גוט דו זאלסט זיך קובע זיין צו לערנען א שיעור אין משניות בגירסא, אפילו אן פארשטיין; זאג פרקים משניות, דאס וועט אויסלייטערן דיין נשמה. ווייל עס ווערט געברענגט פון די גורי האריז"ל אז 'מִשְׁנָה' איז די זעלבע אותיות פון 'נְשָׁמָה', אפילו איינער וואס האט פארשמירט זיין נשמה, דורך לערנען משנה וועט ער אויסוואשן די נשמה. אזוי אויך שטייט אין ספר יסוד יוסף (סוף פרק מו): "כִּי לִימוּד הַמִּשְׁנָה, מְסוּגָל לְהָבִיא הַנְּשָׁמָה הַטְּהוֹרָה אֶל הָאָדָם", לערנען משניות מאכט א ריינע נשמה. און דער של"ה הקדוש זאגט (ספר של"ה מסכת שבועות פרק נר מצוה, אות יז): "עוֹשֶׂה סוּלָם לַנְּשָׁמָה", דורך לערנען משניות מאכט מען זיך א לייטער פאר די נשמה צו קענען אנקומען צו הויכע מדריגות. אויך שטייט אין ספר ראשית חכמה (שער הקדושה פרק ב, אות יג): "אֲגַב מְבֹאָר כִּי סְגֻלַּת גִּרְסַת הַמִּשְׁנָיוֹת לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע וּלְהַכְנִיעוֹ", זאגן משניות האט א סגולה צו הרג'ענען דעם יצר הרע און אים אונטערטעניגן.


וואס דו זאלסט נאר האבן אפגעטון אין לעבן - קענסטו מתקן זיין דורך לערנען תורה ובפרט מיט לערנען משניות. דער ראשית חכמה ברענגט (שער הקדושה פרק יז, אות צז) פון תיקונים: "שֶׁמִּי שֶׁפָּגַם בַּנְּשָׁמָה", ווער עס האט פוגם געווען זיין נשמה, "תִּקּוּנוֹ", קען ער דאס פאררעכטן, "עַל יְדֵי עֵסֶק הַתּוֹרָה", דורך לערנען תורה, "בְּשִׁשָׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה", לערנען משניות.


דערפאר זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו לערנען משניות; זאג אסאך משניות - וועסטו אלעס פאררעכטן און דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק. עס איז דא נאך אסאך עצות, אבער אז מען נעמט צו סאך קען מען אראפפאלן פון אלעס; איז גוט אז דו זאלסט זיך קאנצעטרירן אויף לערנען משניות. ווען דו האסט צייט זאלסטו כאפן דעם משניות'ל און לערנען און זאגן, אזוי וועסטו אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#138 - איך וויל פשוט זיין א איד, ווי אזוי בין איך זוכה צו דעם?
קדושה, תפילה והתבודדות, קאמפיוטער, מאוויס, תשובה, ניבול פה, נסיונות, טעלעפאן, חברים, בחור, עבודת השם, מקוה, משניות, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער דאנקבאר אויף די הערליכע בריוו און ברסלב'ע גליונות, עס געבט מיר אסאך חיזוק.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן אן עצה, איך בין א 19 יעריגער בחור, איך לערן אין א גוטע ליטווישע ישיבה, אבער איך האלט אין איין אריינפאלן אינעם נעץ פון יצר הרע, איך פאל אריין אין פראבלעמען מיט קדושה נאכאמאל און נאכאמאל. איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך וויל פשוט זיין א איד, איך וויל מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות, וואס קען איך טון ארויסצוקריכן פון דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זיך אכטונג צו האבן נאר ערליכע חברים, אז דו הערסט רעדן ניבול פה - זאלסטו אוועקגיין פונעם שמועס; נעם זיך חברים וואס רעדן איידל, וואס רעדן ריין.


ווארף אוועק אלע כלים וואס מען קען קוקן אויף דעם מאוויס, אויסגעלאסענע בילדער און קליפס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה ווערט מען ריין נאר אויב מען ווארפט אוועק די טויטע שרץ, ווייל אויב מען כאפט ווייטער אן די טויטע שרץ, אפילו דער מענטש וועט זיך טובל'ן אין אלע מקוה'ס פון די וועלט - וועט ער בלייבן טמא; אז מען וויל תשובה טון - איז די ערשטע זאך אפלאזן די טויטע שרצים, די כלים וואס ברענגט טויט. מוהרא"ש באטיטלט דעם קאמפיוטער, מחשב - מיט'ן טיטל 'מכשף'; דער קאמפיוטער - אויב איז דאס נישט מסונן, געפילטערט - ברענגט דאס כישוף, עס ברענגט אלע צרות.


מאך זיך א שיעור אין ששה סדרי משנה. הויב אן אנהויב סדר זרעים, מסכת ברכות, זאג א פרק נאך א פרק, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. אז דו קענסט זאגן אכצן פרקים יעדן טאג - מה טוב ומה נעים, דאס וועט דיך ארויסנעמען פון דיינע בלאטעס, משניות רייניגט דעם מענטש פון אלע פלעקן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תלמוד בבלי. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


אודאי וועט דער סמ"ך מ"ם דיך נישט אזוי שנעל אפלאזן, ער געבט נישט אזוי שנעל אויף אויף זיינס א קרבן; ער וועט דיך נאכלויפן, ער וועט דיך נאכאמאל אראפווארפן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן, אבער אז דו וועסט זיין שטארק מיט די זאכן וואס שטייט אינעם בריוו - וועסטו ווערן אן ערליכער איד.


גיי זיך מתבודד זיין, שמועס מיט'ן אייבערשטן אין דיין שפראך, אין ענגליש. דער אייבערשטער פארשטייט אלע שפראכן, דער אייבערשטער האט געמאכט אלע שפראכן. רעד אין ענגליש, זאג דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און יעדע מאל פאלסטו נאכאמאל אראפ, דער יצר הרע ווארפט דיך אראפ אין פגם הברית, דו טוסט עבירות רחמנא לצלן. וויין צו אים אין דיין שפראך, בעט אים ער זאל דיר העלפן - וועסטו זיך ריינוואשן, און מיט די צייט וועסטו פטור ווערן פון די שווערע ביטערע נסיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#137 - זאגן זוהר הקדוש און אור החיים הקדוש איז מתקן די פגמים?
לימוד התורה, תשובה, זוהר הקדוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען ערגעץ נאכברענגען אז עס איז דא א כח מטהר צו זיין פון פגמים אין קדושה און אנדערע פגמים, דורכ'ן זאגן אסאך זוהר הקדוש און אויך דעם ספר אור החיים הקדוש. וואס האלט דער ראש ישיבה איבער דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא נאך אזא זאך וואס איז אזוי מטהר דעם מענטש ווי לערנען די הייליגע תורה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק יח): "מַה מַיִם הַלָּלוּ מִקְוֶה טָהֲרָה הֵן לְכֹל בָּאֵי הָעוֹלָם וּלְכָל מַעֲשֵׂה יָדָיו שֶׁבָּרָא בָּעוֹלָם", אזוי ווי מקוה רייניגט פון אלע טומאות, "כָּךְ דִּבְרֵי תּוֹרָה מִקְוֶה טָהֲרָה הֵן לְיִשְׂרָאֵל בְּכָל מְקוֹמוֹת מוֹשְׁבוֹתֵיהֶן", אזוי אויך די הייליגע תורה רייניגט דעם מענטש; ווען מען לערנט תורה - ווערט מען אויסגערייניגט פון אלע טומאות און אלע זוהמות. אפילו מען האט פוגם געווען, מען האט זיך פארשמירט מיט עבירות - ווערט מען צוריק ריין.


נאך זאגן זיי (שם): "בּוֹא וּרְאֵה כַּמָּה גְּדוֹלָה כֹּחָהּ שֶׁל תּוֹרָה", קוק דאס גרויסקייט פון די הייליגע תורה, "שֶׁמְּטַהֶרֶת אֶת פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל בִּזְמַן שֶׁעוֹשִׂין תְּשׁוּבָה אֲפִילוּ מֵעֲבוֹדָה זָרָה שֶׁבְּיָדָן", אפילו מען האט געדינט עבודה זרה, אויב מען טוט תשובה און מען לערנט תורה - ווערט מען אויסגערייניגט, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לו, כה): "וְזָרַקְתִּי עֲלֵיכֶם מַיִם טְהוֹרִים" וגו', דאס מיינט מען די הייליגע תורה וואס איז צוגעגליכן צו וואסער.


לערנען זוהר רייניגט דעם מענטש. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קח): "יָדוּעַ שֶׁלִּמּוּד הַזֹּהַר", אז לערנען זוהר איז "מְסֻגָּל מְאֹד מְאֹד", זייער מסוגל פאר די נשמה. "וְדַע שֶׁעַל יְדֵי לִמּוּד הַזֹּהַר נַעֲשֶׂה חֵשֶׁק לְכָל מִינֵי לִמּוּדָם שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", דורך לערנען דעם הייליגן זוהר באקומט מען א שטארקע גליסטעניש צו לערנען אלע ספרים פון די הייליגע תורה.


אויך האט דער הייליגער אריז"ל געגעבן א תיקון פאר א בעל תשובה ער זאל יעדן טאג לערנען פינף בלעטער תיקוני זוהר, דאס וועט אים מתקן זיין און מטהר זיין.


אזוי אויך איז דער הייליגער ספר אור החיים מזכך דעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#136 - ווי אזוי מאך איך מיין ווייב מיטהאלטן די הכנות צו קידוש?
שלום בית, שבת קודש, חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, אמונה, שמחה, תשובה, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל שרייבן איבער א זאך וואס שטערט מיך שוין זייט מיין חתונה, איך האב קיינמאל נישט געשריבן דערוועגן ווייל איך האב געטראכט אז עס איז נארישע זאך און איך האב עס פרובירט צו דערשטיקן אז עס זאל מיך נישט וויי טון, למעשה זע איך אבער אז יעדע שטיק צייט הויבט מיך עס נאכאמאל אן צו שטערן זייער שטארק, דעריבער האב איך באשלאסן אז איך מוז יא פרעגן דערוועגן, און אויב דער ראש ישיבה וועט מיר ענטפערן אז עס דארף מיר טאקע נישט באדערן, וועל איך זייער שטארק פרובירן צו ארבעטן אויף מיר אז עס זאל מיר טאקע נישט וויי טון.


מיין מעשה גייט אזוי; איך בין צוגעוואוינט פון אלס קינד אז פאר קידוש פרייטאג צונאכטס איז זייער א הייליגע צייט, מען קען דעמאלטס אסאך פועל'ן, ביי מיין טאטע אינדערהיים איז אייביג געווען דעמאלט זייער דערהויבענע מינוטן, די גאנצע משפחה איז געשטאנען ארום די טיש און געקוקט אויף מיין טאטע בשעת מיין טאטע זאגט די לשם יחוד (ביי די חסידות פון וואו איך קום איז איינגעפירט צו זאגן צוויי לאנגע לשם יחוד'ס פאר קידוש) מען האט געקענט זען אויף מיין טאטע א מורא'דיגע ליכטיקייט.


עס קען זיין אז איך מאך זיך נאריש, אבער נאך מיין חתונה, ווען איך האב גערופן מיין ווייב אז איך וויל מאכן קידוש, אויב האב איך נישט אנגעהויבן זאגן קידוש די רגע וואס איך האב איר גערופן איז זי געווארן אינגאנצען באבלאזן פארוואס איך רוף איר שוין אויב איך בין נאכנישט גרייט. אדער איז זי צוריק אוועקגעגאנגען אדער האט זי זיך אראפגעזעצט, איך האב איר פרובירט אפאר מאל צו בעטן אז זי זאל מיר טון א טובה און שטיין די צוויי מינוט ביז איך הייב אן קידוש, זי האט אבער נישט געוואוסט וואס איך וויל, און איך האב געפילט ווי איך רעד צו טויבע אויערן. יעצט שטערט מיך עס אסאך שטערקער, ווייל איך האב שוין גרויסע קינדער.


איך האף דער ראש ישיבה וועט מיך פארשטיין, און געבן אן עצה וואס צו טון וועגן דעם.


איך בין שולדיג מיין לעבן פאר'ן ראש ישיבה, אן דעם ראש ישיבה וואלט איך מסתמא שוין נישט געווען ביים זינען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בשעת מען מאכט קידוש פרייטאג צו נאכטס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן, און ווען מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס עס טוט זיך אין הימל ווען מען מאכט קידוש - וואלט מען געטאנצן פאר שמחה; ווייל ווען מען מאכט קידוש איז מען זוכה צו באקומען א שטארקע אמונה. אזוי ווי רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות ציצית הלכה ה, אות טו) אז ביים נעמען דעם בעכער אין די האנט צו מאכן קידוש - באקומט מען א שטארקע אמונה.


ווען מען מאכט קידוש ווערט מען אן עדות אויף בריאת שמים וארץ. דערפאר, איידער מען מאכט קידוש, ווען מען נעמט דעם בעכער אין די האנט - דארף מען תשובה טון כדי מען זאל נישט זיין קיין פסול'ער עדות. מען דארף טראכטן פון תשובה און פון תיקון המעשים, און חרטה האבן אויף אלע שלעכטע מעשים. דאס איז וואס מען זעט ביי ערליכע אידן א שטארקע דביקות ביים מאכן קידוש און דאס האט מען אויך געזען ביים הייליגן רבי'ן, ווי רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קסט): "קֹדֶם הַקִּדּוּשׁ הָיָה נוֹטֵל הַכּוֹס בְּיָדוֹ" איידער דער רבי האט געמאכט קידוש האט ער גענומען דעם בעכער אין האנט, "וְהָיָה עוֹמֵד זְמַן רַב" און ער איז געשטאנען א לאנגע צייט, "עִם הַכּוֹס בְּיָדוֹ" מיט'ן בעכער אין די האנט, "לִפְנֵי הַשֻּׁלְחָן" פאר'ן טיש, "בִּשְׁתִיקָה" שטילערהייט, "וְלֹא הָיוּ שׁוֹמְעִין מִמֶּנּוּ" און מען האט נישט געהערט פון רבי'ן קיין שום זאך, "כִּי אִם קְצָת קוֹל הִשְׁתּוֹקְקוּת" נאר א שטילע קול פון בענקעניש, "וְעָלָה אָז לְמָקוֹם שֶׁעָלָה" און דעמאלט איז דער רבי ארויף מיט זיין מח מחשבה דארט וואו ער איז ארויף. "אַחַר כָּךְ" נאכדעם, "אַחַר שֶׁשָּׁהָה הַרְבֵּה מְאֹד" נאכן לאנג ווארטן "פָּתַח פִּיו בִּנְעִימוּת נִפְלָא: 'יוֹם הַשִּׁשִּׁי'", האט ער אנגעהויבן מיט זיין זיסע קול, יום השישי.


מאך נישט דיין ווייב זאל דארפן שטיין און זיך נישט רירן; לאז איר אנגרייטן די סעודה, לאז איר זיין באשעפטיגט מיט אירע זאכן, און ווען דו ביסט גרייט צו מאכן קידוש - וועט זי קומען, און אז דו וועסט דארפן ווארטן נאך אפאר מינוט - וועסטו קענען נאך אביסל בענקען צום אייבערשטן.


געב אכטונג נישט צו מאכן פון די מצוות - נערווען, מען דארף מאכן די מצוות מיט א שמחה. און ווען דו ביסט מחנך דיינע קינדער זיי זאלן שטיין מיט דרך ארץ ביי קידוש - זאלסטו דאס מאכן מיט שמחה, נישט מיט נערווען; ווייל שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. אויך ווען מען גרייט זיך צו מאכן קידוש, מען טוט תשובה - דארף דאס זיין מיט א שמחה, אזוי האט אונז דער רבי געזאגט, (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "שבת דארף מען זיין זייער פרייליך"; דער רבי האט געפרעגט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קנה): "ביסט פרייליך שבת?" האט רבי נתן געענטפערט: "איך בין פרום (ערנסט)", האט אים דער רבי געזאגט: "שבת דארף מען זיין פרייליך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#135 - ווי אזוי שטארק איך זיך איבערצובעטן וועמען איך האב געטשעפעט?
מחלוקת, תשובה, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס בחור האב איך זייער שטארק געטשעפעט און וויי געטון עטליכע פון מיינע חברים און אויך דעם רב פון מיין קהלה, צוליב אן אינערליכע סכסוך אין די קהלה. היינט פארשטיי איך אז איך האב נישט גוט געטון, איך וואלט זיך בכלל נישט געדארפט אריינמישן אין די מחלוקת, און איך האב שטארק חרטה דערויף. אבער וויפיל איך פרוביר קען איך נישט פועל'ן ביי מיר צו גיין זיי איבערבעטן, איך פיל ווי די ערד גייט מיך איינשלינגען אויב איך וועל זיי איבערבעטן, איז דא עפעס א גרינגע עצה אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי בעט איבער די אלע וועם דו האסט גע'רודפ'ט; ענדערש זאלסטו פארשעמט ווערן דא ווי איידער אויבן אין הימל.


וויי און ביטער פאר ווער עס נעמט א חלק אין רודפ'ן אנדערע אידן; ביי מחלוקות ליידן אלע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יח, ד): מחלוקת איז אזוי שרעקליך, אפילו קליינע קינדער ווערן אוועקגענומען פון די וועלט אלס א שטראף אויף מחלוקת, והא ראי', בית דין של מטה געבט נישט קיין עונש פאר א קטן אונטער די דרייצן יאר, אויך ביי בית דין של מעלה איז נישטא קיין עונש נאר פון צוואנציג יאר און העכער, און ביי קרח זענען אלע געשטראפט געווארן, אפילו די קליינע קינדער פון איין טאג אלט!


ווארט נישט קיין מינוט, גיי שוין בעט איבער וועם דו האסט וויי געטון; ענדערש ווערן פארשעמט דא ווי איידער דארפן אריבערגיין די עונשים קשים ומרים וואס מען באקומט אויף מחלוקות.


פון היינט און ווייטער, אז מען וויל דיר אריינדרייען אין א מחלוקת, זאל זיין וואס זאל זיין, אפילו לשם שמים - זאלסטו אנטלויפן אזוי ווי מען אנטלויפט פאר'ן לעבן. מאך זיך דעם חשבון וואס די ווייב פון און בן פלת האט געמאכט, און בן פלת איז אהיים געקומען אנגעהעצט פון קרח און פון אלע צוויי הונדערט און פופציג רבנים, ער האט געשריגן אין שטוב: "משה רבינו איז נישט גערעכט!" ער האט געהאקט אויפ'ן טיש: "קורח איז דער עכטער מנהיג!" ער איז געווען פון די אנפירער. דערציילן די הייליגע חכמים (שם, כ) זיין ווייב האט אים געפרעגט, זאג מיר: מַה לָּךְ בַּהֲדֵי פְּלוּגְתֵּיהּ וואס האסטו פון די מחלוקת? וואס איז דיר א חילוק ווער עס איז גערעכט? אִי אַהֲרֹן כַּהֲנָא רַבָּא אַתְּ תַּלְמִידָא אויב משה איז גערעכט - איז אהרן דער כהן און דו ביסט דער תלמיד, אִי קֹרַח כַּהֲנָא רַבָּה אַתְּ תַּלְמִידָא און אויב קורח איז גערעכט - איז קורח דער כהן און דו ביסט ווייטער דער תלמיד! אזוי האט זי אים געראטעוועט.


דו זאלסט אלץ אנטלויפן פון מחלוקות.

#134 - וואס קען איך זיך פארנעמען צו האבן פרנסה בריווח?
קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מאוויס, פרנסה, תשובה, סגולות, תיקון הכללי, קבלה טובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס קען איך זיך פארנעמען צו האבן פרנסה בריווח?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם זיך פאר צו מתקן זיין אות ברית קודש, ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן.


הדבר הראשון, ווארף אוועק אלע כלי משחיתים וואס מען קען קוקן אויף דעם גילוי עריות; אז מען קוקט עבירות, מען קוקט ניאוף רחמנא לצלן - פארלירט מען די מזל, מען פארלירט די פרנסה; וויפיל מען וועט נאכלויפן די געלט - וועט מען נישט האבן קיין שפע, און אז מען פאררעכט די אויגן, מען היט די אויגן, מען צעברעכט די אויגן - קומט שפע אין צייט. מוהרא"ש זאגט אויפ'ן פסוק (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שׁין 'יְשַׁבֵּרוּ', א לשון פון צעברעכן, דעמאלט "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ" – געבט דער אייבערשטער עסן און שפע אין צייט (אן אינטערעסאנטע זאך האב איך געזען ביי תלמידי היכל הקודש, ווען זיי גייען אין גאס און זיי האבן א נסיון צו קוקן אויף פריצות, זאגן זיי צו זיך דעם פסוק "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ" און זיי בעטן גלייך א תפילה צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, בזכות וואס איך צעברעך מיינע אויגן, איך קוק נישט, העלף מיר איך זאל האבן פרנסה בריווח").


שנית זאלסטו זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ]; אז מען זאגט די צען קאפיטלעך תהלים פאררעכט מען וואס מען האט פוגם געווען און מען איז זוכה צו פרנסה בנקל (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט); זיי זיך קובע צו זאגן די תיקון הכללי גלייך נאכן דאווענען.


ועל כולם זאלסטו אויפהייבן דיינע הענט צום אייבערשטן, אים בעטן ברחמים ותחנונים אויף דיין אייגענע שפראך, אויף דיין מאמע לשון, ווערטער פון הארץ: "הייליגער באשעפער העלף מיר, געב מיר שפע, הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל פאררעכטן אות ברית קודש, איך וויל אלעס פאררעכטן, זיי מיר מוחל, איך גיי שוין זיין ערליך", אזוי זאלסטו זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, גיס זיך אויס דיין הארץ, זאג אים ווי ענג דו ביסט, זאג אים דיין בודזשעט; וויפיל דו דארפסט, וויפיל דו מאכסט און וויפיל עס פעלט דיר - וועסטו זען גרויסע ניסים.


עס איז דא אסאך שיינע סגולות פון מוהרא"ש אויף פרנסה, דאס איז ממש די ערשטע צוויי טריט; אז דו וועסט טון די ערשטע שריט - וועסטו שוין זען ווי עס וועט זיך איבערדרייען, עס וועט זיין שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#133 - דארף מען גיין זיך זוכן בזיונות?
צרות, תשובה, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה רעדט אלץ פון די גרויסקייט פון בזיונות, האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס מיינט אויך אז מען קען גיין צו א פלאץ וואס מען ווייסט אז מען וועט דארט האבן בזיונות, למשל גיין צו געוויסע בית המדרש וואו איך מוז נישט גיין דארט, אבער איך פלעג דארט דאווענען פאר איך בין געגאנגען וואוינען אין א אנדערע שטאט, און איך קום אהין פון מאל צו מאל, איז דא אן ענין צו גיין צו א פלאץ וואס מען באקומט בזיונות? איך רעד נישט פון געפערליכע בזיונות, אז מען ווארפט מיך ארויס וכדומה, נאר שטילע בזיונות וואס מענטשן מאכן זיכער אז איך בין נישט באקוועם דארט. איך קען גיין דארט און באקומען די טשעפעס און עס אננעמען פאר א תיקון, אדער קען איך גיין אין א צווייטע פלאץ וואו איך האב מיט קיינעם גארנישט. וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי רעדט טאקע איבער דאס גרויסקייט פון האבן בזיונות, אז מען שווייגט און מען ענטפערט נישט - איז דאס א גרויסע תיקון פאר עבירות, מען פאררעכט מיט דעם אלצדינג. פון די אנדערע זייט זאגט דער רבי (ספר המדות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", א קלוגער מענטש אנטלויפט פון א צרה; איז וואס דארפסטו זיך זוכן צרות? וואס דארפסטו גיין צו א פלאץ וואו מען טשעפעט דיר?


אנשי שלומינו פלעגן זאגן, כדאי אויף צו מקבל זיין די תיקונים וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", ווען מען הערט ווי מען פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה, - אז עס פעלט נישט אויס דאס אריבער צו גיין פון מענטשן, נאר מען קען האבן די תיקונים פון זיך אליינס; ווען מען קוקט זיך אן ווי אזוי מען זעט אויס, ווי אזוי מען פירט זיך, ווי מען פאלט אין נישט גוטע מעשים - דאס איז די גרעסטע בזיון, און אז מען איז מקיים "יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", מען גייט ווייטער אן אין לעבן, מען דינט ווייטער דעם אייבערשטן - איז דאס אליינס א תיקון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#132 - ס'ציעט מיר צוריק צו גאר הארבע עבירות, וואס טו איך?
קדושה, תשובה, עבירות, עונשים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ליידער נכשל געווארן אין הארבע עבירות מיט פרעמדע, ווי אזוי קען איך תשובה טון? און נאך ערגער איז אז ס'ציעט מיר נאך אלץ צוריק צו גיין צו די עבירות, שוין אפאר חדשים שפעטער, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א שאנד און א שעם צו הערן וואס דו האסט געטון און דו שעמסט זיך נישט צו שרייבן אז דו ווילסט נאכאמאל טון די עבירה, ווען דער הייליגער באשעפער זאגט אין די תורה (ויקרא כ, י): "וְאִישׁ אֲשֶׁר יִנְאַף אֶת אֵשֶׁת אִישׁ אֲשֶׁר יִנְאַף אֶת אֵשֶׁת רֵעֵהוּ מוֹת יוּמַת הַנֹּאֵף וְהַנֹּאָפֶת", ווער עס טוט עבירות מיט פרעמדע דארף מען ביידע הרג'ענען; וואלט יעצט געווען די סנהדרין וואלטן זיי מקיים געווען מיט דיר און מיט יענעם - וואס די תורה זאגט: "מוֹת יוּמַת".


אפילו יעצט ווען עס איז נישטא קיין סנהדרין - דארפסטו ציטערן פאר דיין לעבן, עס גייט נאך אן היינט ד' מיתות בית דין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות ל:) כאטשיג מיר האבן נישט קיין סנהדרין, "אַרְבַּע מִיתוֹת לֹא בָּטְלוּ", אבער דער אייבערשטער שטראפט ווייטער מיט די ד' מיתות בית דין; ווער עס איז חייב "סקילה" - אדער פאלט ער אראפ פון א דאך אדער ווערט ער פארציקט דורך א חי', ווער עס איז מחויב "שריפה" - אדער ווערט ער פארברענט אדער ווערט ער געביסן דורך א שלאנג, אויב איינער איז מחויב "הרג" - אדער ווערט ער איבער געגעבן למלכות אדער אין די הענט פון רויבערס, און ווער עס איז מחויב "חנק" - אדער ווערט ער דערטראנקען אין וואסער אדער שטארבט ער במיתת סרונכי.


וויי צו דיר, וויי! וויי וואס ווארט דיר אויב דו וועסט נישט תשובה טון! די וועלט איז נישט הפקר, מען הערט שרעקעדיגע נייעס, עס פאסירן אומגליקן - מען ווייסט נישט פארוואס דאס האט פאסירט וכו' וכו'; שומו שמים, ווי קען א מענטש גיין מיט א פרעמדע פרוי?!


מיין נישט אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער זאגט (ירמיה כג, כד): "אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ, נְאֻם ה'", ווי קען זיך א מענטש באהאלטן פון מיר? "הֲלוֹא אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ אֲנִי מָלֵא נְאֻם ה'", דער אייבערשטער איז דאך איבעראל!


וואס מיינסטו, ווי לאנג קען מען טון עבירות בסוד? דער אייבערשטער זאגט (איוב כד, טו): "וְעֵין נֹאֵף שָׁמְרָה נֶשֶׁף לֵאמֹר לֹא תְשׁוּרֵנִי עָיִן", די בעלי עבירות רעדן זיך איין און טראכטן ביי זיך: 'מיר וועלן ווארטן עס זאל ווערן נאכט דעמאלט וועלן מיר טון עבירות; מיר וועלן גיין אין באהאלטענע פלעצער אז קיינער זאל אונז נישט זען', זאגן חכמינו זכרונם לברכה (במדבר רבה ט, א): "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי, לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", א מענטש מיינט טאקע אז ער קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, וואס טוט דער אייבערשטער? "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם", דער אייבערשטער פארשעמט אים אויף דער גאנצע וועלט.

#131 - פארוואס פאל איך נאך מער אראפ אין די הייליגע טעג?
תשובה, נסיונות, ימים נוראים, עשרת ימי תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה רעדט יעצט אזוי סאך פון תשובה, און איך וועל זאגן דעם אמת אז איך בין זייער דאנקבאר אז דער ראש ישיבה געבט א וועג פון תשובה וואס מען קען טון, מען מוז נישט קייען שטיינער, מען זאגט פאר'ן אייבישטער אז מ'וויל זיין גוט.


איך ווייס אבער נישט וואס צו טון, ראש השנה איז אריבער, און עס האט זיך אנגעפאנגען ביי מיר "עשרת ימי עבירה", איך האב באקומען אזא פייער אין מיר, דער יצר הרע ברענט אין מיר, און איך טו צעדרייטע זאכן. וואס גייט פאר מיט מיר? איך ציטער אז דער אייבערשטער זאל מיך נישט פארשרייבן א שלעכטע יאר.


איך האב געטראכט אז אפשר וועגן דעם הייסט עס "עשרת ימי תשובה" ווייל מען האלט אין איין פאלן און זינדיגן, האט מען נישט קיין ברירה, נאר מען מוז זאגן א גאנצן טאג "באשעפער, מיינסט איך וויל זינדיגן?"


איך האב נישט קיין כח און קיין מח, אפשר דאס איז פשט ווייל מען האלט אין איין תשובה טון, אבער איך בין זייער צובראכן און דערציטערט אז פונקט אין די טעג וואס איך האב געמיינט אז איך וועל מיך צוריקקערן און אויפהערן טון שלעכטס, דוקא אין די טעג ווען אפילו די מלאכים ציטערן, טו איך אזויפיל עבירות. וואס זאל איך טון ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען טאר נישט זאגן די ווערטער וואס דו זאגסט: "עשרת ימי ..."; דאס איז ליצנות געמאכט פון די הייליגע תורה.


די הייליגע חכמים זאגן (יבמות מט:) אויפ'ן פסוק (ישעיה נה, ו): "דִּרְשׁוּ ה' בְּהִמָּצְאוֹ, קְרָאֻהוּ בִּהְיוֹתוֹ קָרוֹב", 'אָמַר רַב נַחְמָן אָמַר רַבָּה בַּר אֲבוּהָ, אֵלּוּ עֲשָׂרָה יָמִים שֶׁבֵּין רֹאשׁ הַשָׁנָה לְיוֹם הַכִּפּוּרִים', די צען טעג צווישן ראש השנה און יום כיפורים איז א צייט וואס מען קען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן; דער אייבערשטער ווארט מען זאל תשובה טון, מען זאל אפלאזן די שלעכטע מעשים.


טו תשובה; אז דו וועסט תשובה טון וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין. א גאנץ יאר קען מען תשובה טון, אבער יעצט, אין די צייט צווישן ראש השנה און יום כיפורים - איז טעג פון רחמים, אזוי ווי דער רמב"ם זאגט (פרק ב' מהלכות תשובה, הלכה ו): אַף עַל פִּי שֶׁהַתְּשׁוּבָה וְהַצְּעָקָה יָפָה לָעוֹלָם, בַּעֲשָׂרָה הַיָּמִים שֶׁבֵּין רֹאשׁ הַשָּׁנָה וְיוֹם הַכִּפּוּרִים הִיא יָפָה בְּיוֹתֵר וּמִתְקַבֶּלֶת הִיא מִיָּד, שֶׁנֶּאֱמַר (ישעיה נה, ו): "דִּרְשׁוּ ה' בְּהִמָּצְאוֹ, קְרָאֻהוּ בִּהְיוֹתוֹ קָרוֹב", אין אלע צייטן קען מען תשובה טון, אבער אין די צען טעג ווערט די תשובה גלייך אנגענומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א חתימה טובה.

#130 - ווען איך האב ווען די שיעורים פריער, וואלט איך נישט אפגעלאזט אידישקייט
שמחה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א גע'גט'ע ווייבל פון ... שולע, איך האלט נישט קיין אידישקייט, און איך פלאן זיך נישט צו טוישן, איך וויל נישט טוישן מיין לעבן, עס איז מיר אזוי ביטער געווען די שווערע לעבן, איך בין געווען פרום און וואויל אלע יארן, ביז עס איז געקומען א צייט וואס עס האט געקראכט, איך האב געזען און פארשטאנען די פאלשקייט פון די סעקטע. אפילו ווען מיין נשמה ציעט אלעמאל צוריק צו גוט, אבער איך קען נישט און איך וויל נישט צוריקגיין.


איין זאך וואס איז מיר געבליבן, איך פריי זיך צו זען ווי אזוי איר געבט א וועג פאר מענטשן, דאס מאכט מיר טראכטן אז ווען איך וואלט געגאנגען אין אייערע פיסטריט אלס מיידל, וואלט איך היינט געהאט א געזונטע גוטע לעבן. דערפאר טראכט איך אלעמאל אז איך בין טאקע שוין צעריסן אבער כאטש אנדערע מיידלעך זעען אז עס איז דא א וועג וואס מען קען מאכן די תורה זיס און אריגינעל אן קיין פאלשקייט.


ספעציעל האב איך זיך געוואלט באדאנקן פאר דעם וואס איך האב געזען ווי איר זיצט און קלאגט מיט אייער קהלה דעם פארגאנגענעם תשעה באב, דאס איז מיר געווען ווי באלזאם אויף מיין פארווייטאגטע נשמה. ווייל איך דערמאן זיך ווי איך זיץ אלס מיידל אין מחנה ... אום תשעה באב, די לעקטערס פארלאשן, מען זיצט אויף דער ערד, מ'דערציילט שרעקעדיגע מעשיות, מיין קליין הערצעלע פלאצט צוזאמען מיט די הערצער פון אלע מיידלעך, מיר זיצן ווי פארלוירענע שאף, מען שמייסט און מען שמייסט, נאך א שרעקעדיגע מעשה, נאך א ציפעדיגע מוסר, אוי די פינסטערע תשעה באב קאשמארן וואס זענען מיר נאכגעלאפן לאנגע טעג און וואכן דערנאך. נאך א ניגון פון חורבן, נאך א שרעקעדיגע רעדנערין, באמבעס פאלן, קינדער אליין אין וואלד, די מאמע איז גע'הרג'ט, בלוט גיסט זיך, אוישוויץ, א מאסן קבר, שרעקליכע קרענק און מחלות, איבערבעטן, דאס איז געווען אונזער תשעה באב. מ'האט אונז אריינגעלייגט אין מלחמה, אין שרעק, אין טעראר, פיין, דרוק און געוואלדעס. מ'האט מיר צוגענומען מיין אטעם, מיין לעבן, מיין געזונט.


איך באשולדיג נישט קיינעם, קען זיין אז זיי ווייסן נישט וואס אזא תשעה באב טוט פאר א מיידל וואס דארף נאך זיין א צוקונפטיגע ווייבל, מאמע און באבע. און יעצט איך קוק אייער תשעה באב, אזא התעוררות, עס איז נישט דא קיין שרעק, עס איז נישט דא קיין חורבן, עס איז נאר דא טרערן פון האפענונג, טרערן פון בענקשאפט צו אמת, צו א טאטע וואס מען האט געמאכט פארלוירן פון אונז.


אוי הלואי לערערינס זאלן דאס זען, אוי הלואי מיידלעך זאלן וויסן אז נישט דאס וואס מען האט אונז געלערנט אינ'ם גהינום דאס איז אידישקייט, איך אנטשולדיג זיך פאר'ן אזוי וויינען צו אייך, איר קענט מיך נישט, אבער איך האב געפילט אז די ווערטער ליגן מיר אין האלז; כאטש זאלן די שעפעלעך וואס זענען אין מיינע קינדער שיך, וויסן וואו עס איז דער גהינום און וואו עס איז גן עדן


א ... תלמידה


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אזוי ווי אייך זענען דא זייער אסאך פון די יוגענט וואס גייען אוועק פון די תורה וועג מיינענדיג אז די פרייע לעבן איז די גוטע לעבן, ווען באמת איז נישטא פאר אידישע קינדער קיין אנדערע וועג צו לעבן; עס זעט אויס ווי די פרייע לעבן איז געשמאקער אבער עס איז נישט אזוי, נאר אז מען היט די תורה האט מען לעבן, נאר אז מען טוט וואס דער אייבערשטער זאגט - איז מען גליקליך און צופרידן.


ווי איך פארשטיי פון אייערע ווערטער זענט איר זייער נאנט צום אייבערשטן, אייער הארץ איז געבליבן א אידישע הארץ, אייער נשמה בענקט צוריק צום אייבערשטן, איר קענט אין איין מינוט זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן; ווען א מענטש טוט תשובה, ער בעט איבער דעם אייבערשטן, ער זאגט פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך גיי שוין זיין גוט", - איז דער אייבערשטער אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות. דער אייבערשטער האט רחמנות אויף יעדן איינעם, ער נעמט יעדן איינעם צוריק, נאכמער פון דעם זאגן אונז די הייליגע חכמים (יומא פו:): "גְּדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁזְּדוֹנוֹת נַעֲשׂוֹת לוֹ כִּזְכִיוֹת", ווען מען טוט תשובה פון ליבשאפט, מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן ווייל מען האט ליב דעם אייבערשטן, דעמאלט ווערן פון אלע עבירות - מצוות.


וויסן זאלט איר, די הייליגע תורה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן איז א זיסע תורה, א גוטע זאך; עס זענען דא וואס פארדרייען די תורה, זיי מאכן זיך אן אייגענע תורה - וואס שטעכט, עס זענען דא וואס לייגן צו נייע זאכן, דאס מאכט עס שטעכעדיג; דאס איז נישט די תורה פונעם אייבערשטן, די תורה פונעם אייבערשטן איז נישט קיין שטעכעדיגע זאך, די תורה איז נישט קיין ביטערע זאך, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוכה לב) ווער זאגט אז כפות תמרים איז א לולב, אפשר מיינט די תורה מיר זאלן נעמען פאר כפות תמרים א שטעכעדיגע בלעטל? אזוי אויך, ווער זאגט אז ענף עץ איז הדסים, אפשר איז ענף עץ עבות א הירדוף - א דארן בלעטל? זאגט די גמרא עס קען נישט זיין ווייל (משלי ג, יז): "דְּרָכֶיהָ דַרְכֵי נֹעַם", די וועג פון די תורה איז א זיסע וועג, נישט קיין שטעכעדיגע וועג; איז זיכער נישט פשט מען זאל נעמען די זאכן אין די הענט און ווערן צעשטאכן.


מוהרא"ש זאגט בשם דעם ווילנער גאון זכותו יגן עלינו, אויב מען לייגט צו זאכן צו די תורה, ביים סוף לאזט מען אפ די תורה; ער טייטשט מיט דעם דער פסוק (בראשית כז, מ): "וְהָיָה כַּאֲשֶׁר 'תָּרִיד' וּפָרַקְתָּ עֻלּוֹ", 'תריד' איז מיט איינס מער פון 'תרי"ג', וְהָיָה כַּאֲשֶׁר 'תָּרִיד', אז דו וועסט צולייגן איינס אויף תרי"ג, עס וועט ווערן תרי"ד - וּפָרַקְתָּ עֻלּוֹ, דעמאלט ווארפט מען אראפ דעם עול פון די תורה.


דאס איז די וועג פונעם ס"מ; ער האט דאס געטון מיט אדם וחוה, ווען דער אייבערשטער האט געזאגט פאר אדם הראשון (בראשית ג, ג): "לֹא תֹאכְלוּ מִמֶּנּוּ", מען זאל נישט עסן פונעם עץ הדעת, איז געגאנגען דער נחש הקדמוני און צוגעלייגט: 'לֹא תִגְּעוּ בּוֹ', אויך לאזט נישט דער אייבערשטער מען זאל אנרירן דעם בוים, און איינמאל ער האט צוגעלייגט וכו' האט ער אראפגעווארפן דורכדעם אדם וחוה און גורם געווען אלע שלעכטס; דאס פאסירט ווען מען לייגט צו, מען מאכט זיך אן אייגענע תורה.


אייער לעבן קען נאך ווערן שיין און זיס, ביים רבינ'ס שולע נעמט מען אן אויך ערוואקסענע; מען דארף נישט זיין קיין יונגע מיידל צו האבן א גוטע לעבן, ביים רבי'ן איז דא א וועג זיך זיס מאכן דאס לעבן אפילו מען איז שוין עלטער. הייבט אן נוצן דעם רבינ'ס עצות, זאגט יעדן טאג אביסל תהלים, תהלים איז איינגעטיילט אין זיבן, זאגט יעדן טאג דעם יום תהלים, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים", ווער עס וויל זיך צוריקקערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהלים, "כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווייל תהלים איז מסוגל צו תשובה, אזוי ווי מיר זעען אין די טעג פון אלול און עשרת ימי תשובה זאגן אלע אסאך תהלים, ווייל דאס איז מסוגל צו תשובה, "וְעַל כֵּן הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד לַעֲסֹק תָּמִיד בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי תְּהִלִּים הוּא הִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחַז בּוֹ", דערפאר איז א גרויסע זאך שטענדיג עוסק זיין אין זאגן תהלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#129 - ווי אזוי טו איך תשובה אז איך האב צעריסן גליונות און פארשעמט מפיצים?
אומאן, רפואה, תשובה, הפצה, בושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


את חטאי אני מזכיר היום, איך האב געמיינט אז אויף מיר ליגט די אחריות זיך אפצוגעבן מיט זאכן, איך האב זיך איינגערעדט אז איך טו עס לשם שמים, עס האט מיר געשטערט אז מען ברענגט ברסלב'ע זאכן צו אונזער קהילה, און דעריבער פלעג איך צערייסן די גליונות און פארשעמען די וואס ברענגען די קונטרסים, איך האב געהאלטן אז איך טו א גוטע זאך.


ביז פאריגע וואך, ווען יד ה' היתה בי, מיין ווייב איז זייער קראנק געווארן, זי דארף א גרויסע רפואה, איך האב א קינדער געבענטשטע שטוב, מיין עלטסטע איז נאך נישט 10, איך שפיר אז איך בין שולדיג דערין, ווייל איך האב גע'רודפ'ט אומשולדיגע אידן, און צוריסן די גליונות. איך האב חרטה מיט מיין גאנצע הארץ, איך ווייס אז אין ברסלב קען מען העלפן יעדן איינעם, איך וויל פרעגן ווי אזוי איך קען תשובה טון אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ואתחנן, ט' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי זוך אויף אלע מפיצים וועם דו האסט מבזה געווען אלע יארן ברבים און בעט זיי איבער. אויך זאלסטו פארן קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, זאלסט איבער בעטן דעם רבי'ן פאר'ן צערייסן זיינע ספרים.


דער אייבערשטער זאל שיקן א רפואה שלמה פאר דיין ווייב בתוך שאר חולי ישראל.


 

#128 - ווי אזוי קען איך זיך שטארקן ווען מיין זון רעדט ברבים קעגן אידן?
התחזקות, קינדער, צרות, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א צעבראכענע מאמע, מיין זון האט ליידער אפגעלאזט אידישקייט, און איך ווער קראנק פון דעם, איך קען נישט געפינען קיין טרייסט, די הארץ וויינט מיר ווען מיין זון דרייט זיך ליידער ארום און ער באשמוצט אונזער טייערע הייליגע פאלק, ער גייט צו די גוי'אישע מידיא און פארשעמט אונז מיט שרעקליכע נידריגע ליגנטס קעגן די הייליגע אידישע פאלק.


איך קען זיך נישט טרייסטן, איך הער נישט אויף צו טראכטן אז איך האב געבורין דאס קינד, איך האט געהאדעוועט דאס קינד, פארוואס? פארוואס בין איך אריבער די פילע צער פון זיך אפגעבן מיט דאס קינד, פון האדעווען און פיטערן? איך ווייס נישט אויב איך וועל עס אריבערטראגן, איך פיל ווי מיין הארץ גייט פלאצן פון צער און איך וועל איבערלאזן מיינע איבריגע קינדער יתומים'לעך.


איך וויין! טייערער ראש ישיבה, עס האט מיר קיינמאל נישט אויסגעפעלט אזוי שטארק אייערע דרשות ווי יעצט, מיין איינציגע טרייסט זענען אייערע ווערטער און אייערע בריוו. איך שלאף נישט קיין נעכט, מיין זון עסט נבילות און טריפות, ער גייט צו גוים פארשעמען אידישע קינדער, איך בעט אייך העלפט מיר אדורכטראגן די שרעקליכע צרה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז ביים סוף וועלן אלע אידן תשובה טון, משיח צדקינו וועט צוריק ברענגען אלע פארפאלענע און פארשטויסענע אידן; אלע וואס ווייסן אפילו נישט אז זיי זענען אידישע קינדער - וועלן צוריק קומען צום אייבערשטן, אזוי ווי דער פסוק זאגט (ישעיה כז, יג): "וְהָיָה בַּיּוֹם הַהוּא יִתָּקַע בְּשׁוֹפָר גָּדוֹל, וּבָאוּ הָאֹבְדִים בְּאֶרֶץ אַשּׁוּר וְהַנִּדָּחִים בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם וְהִשְׁתַּחֲווּ לַה' בְּהַר הַקֹּדֶשׁ בִּירוּשָׁלִָם", אלע פארלוירענע און פארשטויסענע וועלן קומען קיין ירושלים זיך בוקן צום אייבערשטן; א איד קען נישט פארפאלן ווערן, א איד בלייבט א איד, ביים סוף וועלן אלע תשובה טון, אזוי ווי עס שטייט (שמואל ב יד, יד): "וְחָשַׁב מַחֲשָׁבוֹת לְבִלְתִּי יִדַּח מִמֶּנּוּ נִדָּח", א איד ווערט נישט פארשטויסן, ביים סוף וועלן אלע צוריק קומען צום אייבערשטן.


טראכטס נישט אז איר האט געארבעט אומזיסט; חס ושלום זאגן אז אייער ארבעט פון האבן די קינד איז געווען אומזיסט, דער רבי האט געזאגט: "אפילו עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט נישט קענען היטן אידישקייט, די קינדער וועלן זיך פירן ווי גוים רחמנא לצלן, זאל מען ווייטער חתונה האבן און האבן קינדער, ווייל ביים סוף וועלן אלע קינדער, אפילו וואס לאזן אפ די אידישע וועג השם ישמרינו - זיך אומקערן צום אייבערשטן"; דארף מען האבן קינדער אין אלע צייטן.


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך מיט אייערע איבערגעבליבענע כוחות, איר דארפט ווייטער אויפצוען אייערע קינדער, זיי דארפן אייך פאר א מאמע. איך ווייס אז עס איז אייך טונקל און פינסטער, די וועלט האט זיך געענדיגט ביי אייך, אייער צער איז אומדערטרעגליך; עס איז נישטא נאך אזא צער ווי עלטערן וואס די קינדער האבן אפגעלאזט די אידישע וועג, עס איז נישט משיג צו זיין די צער, דאך דארפט איר זיך שטארקן מיט אייערע כוחות צו טון ווייטער דעם רצון השם.


אסאך גרויסע צדיקים האבן געהאט קינדער וואס זענען אוועק פון די אידישע וועג, פון די תורה וועג; דאך האבן זיי נישט געהאט קיין קשיות און תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, זיי האבן ווייטער געדינט דעם אייבערשטן אזוי ווי פריער.


בעטס דעם אייבערשטן אז אייער קינד און אלע אידן זאלן זוכה זיין תשובה צו טון, אלע זאלן זיך אומקערן צום אייבערשטן. אין ברסלב איז דא מעשיות פון אנשי שלומינו וואס האבן פארלוירן זייערע קינדער, די קינדער האבן אפגעלאזט די אידישע וועג און די עלטערן האבן געדאווענט און געדאווענט אויף זיי, ביז זיי האבן תשובה געטון און עס איז געבליבן פון זיי ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#127 - וואס הייסט א בזיון?
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, תשובה, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך מאל איבער די גרויסקייט פון כאפן א בזיון, וויל איך וויסן וואס הייסט אלץ א בזיון? ווען מ'ברענגט אויף זיך אליין א בזיון איז עס אויך א בזיון? ווען די בזיון קומט זיך מיר, איז עס אויך א בזיון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, מען ענטפערט נישט צוריק - דאס איז תשובה; דאס האט נישט צו טון אויב א צווייטער פארשעמט אדער מען ווערט אליינס פארשעמט, אז מען גייט ווייטער אן מיט עבודת השם - דאס איז תשובה.


עס הייבט זיך אן אין שטוב; טאטע מאמע זאגן א שלעכט ווארט, מען כאפט א בזיון פון זיי, אדער ווען די ווייב זאגט עפעס א שלעכט ווארט, - זאל מען נישט ענטפערן, נאר ווייטער זיין צו זיי געטריי. אויב מען ענטפערט נישט צוריק - איז מען זוכה צו תשובה שלימה, אלע שלעכטע בלוט וואס איז נאכנישט ריין ווערט דעמאלט אביסל מער ריינער. אפילו די שלעכטע ווארט איז זיך געקומען, מען איז זיך אליינס שולדיג; צום ביישפיל, דו קומסט אהיים שפעט און דיין ווייב געבט דיר א בזיון, עס קומט דיר, דו ביסט אליינס שולדיג אז דו ביסט געקומען שפעט; אז מען בלייבט שטיל איז מען זוכה צו תשובה.


עס איז דא אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו ווי מען האט זיי פארשעמט און זיי האבן קיינמאל נישט געענטפערט, אפילו די מתנגדים ווייסן אז די ברסלב'ע ענטפערן נישט. אמאל איז געווען אין אומאן אז די מתנגדים האבן פארשעמט א איד, מען האט געשריגן אויף אים ברבים און יענער האט יא געענטפערט, ער האט זיך נישט געלאזט, האבן די מתנגדים געזאגט, עס מוז זיין אז ער איז נישט קיין ברסלב'ער, ווייל די ברסלב'ער ענטפערן נישט, די ברסלב'ער זענען מקיים יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#126 - ווי אזוי קען מיין ווייב פטור ווערן פון שלעכטע מחשבות?
תהלים, חיזוק פאר פרויען, תשובה, עבירות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען נישט ברסלב'ע חסידים, אבער מיר האלטן מיט אלע שיעורים און בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, און דאס געבט אונז אסאך צו אין לעבן, יישר כח.


עס האט זיך געמאכט א פראבלעם ביי אונז. מיר געפונען זיך אין א פרומע פלאץ וואו מענער און פרויען, אפילו פון משפחה, גריסן זיך נישט און רעדן נישט קיין ווארט צווישן זיך, איך מיט מיין ווייב לעבן ברוך ה' זייער גוט אינאיינעם, מיר האבן א גוטע שלום בית, און מיר זענען זיך צוזאמען מחזק מיט אלעס.


דעם פראבלעם איז אז איך האב א שטיף ברודער, א בחור, און איין טאג זאגט מיר מיין ווייב אז ער איז איר זייער געפאלן, זי האט אנגעהויבן אסאך טראכטן פון אים, און ס'ציעט איר צו אים, כאטש וואס זי זעט אים זייער ווייניג.


זי ווייסט אז ס'איז נישט גוט, און זי איז אסאך מתפלל אויף דעם, און מיט דעם אלעם טרעפט זי זיך אסאך טראכטן פון אים. זי בעט איך זאל איר העלפן ארויסגיין פון דעם פראבלעם, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען איר העלפן. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר אונז?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דיין ווייב זי זאל זאגן אביסל תהילים יעדן טאג. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהילים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


אז זי וויל ארויסגיין פון דעם פראבלעם זאל זי זאגן תהילים; אז זי קען זאגן דעם "יום תהילים" יעדן טאג איז גאר גוט און אז זי האט נישט קיין סאך צייט, זי איז פארנומען מיט די קינדער - זאל זי זאגן אביסל תהילים, וויפיל זי קען, דאס וועט איר ברענגען צו תשובה, עס וועט ארויסגיין פון איר קאפ די אלע נישט גוטע מחשבות; אנשטאט טראכטן פון דעם און פון יענעם - וועט זי טראכטן פונעם אייבערשטן.


זאג איר זי זאל נישט מאכן קיין עסק פון די מחשבות, זיך נישט קריגן מיט די מחשבות; ווייל ווען מען קריגט זיך מיט די נישט גוטע מחשבות ווערן זיי שטערקער, ווען עס קומט אריין די שלעכטע מחשבות זאל זי בעטן דעם אייבערשטן עס זאל אוועק גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#125 - איך בין א בעל תשובה, ווי אזוי קען איך שנעל טרעפן מיין שידוך?
שידוכים, כיבוד אב ואם, משפחה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין ארץ ישראל, און איך האב אייך געוואלט מחזק זיין איר זאלט ווייטער אנגיין מיט אייער הייליגע ארבעט, איר האט נישט קיין אנונג ווי שטארק מ'האט אייך דא ליב, און וויפיל חיזוק מיר באקומען פון אייך.


איך בין 26 יאר אלט, איך קום פון א פרייע משפחה, און איך האב ברוך ה' זוכה געווען תשובה צו טון, אבער דערווייל וואוין איך נאך ביי מיינע עלטערן ווייל איך האב נישט דאס געלט צו קענען נעמען אן אייגענע דירה, און ס'איז מיר זייער שווער צו היטן תורה און מצוות ביי מיין משפחה, ווייל זיי האבן עס זייער נישט ליב און שטערן מיר, און דאס מאכט מיר פיל צער און עגמת נפש.


איך בין דורך פילע שוועריקייטן אין לעבן, און איך וויל אזוי שטארק חתונה האבן מיט אן ערליכע אידישע פרוי און אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב, און ארויסגיין פון די פרייע שטוב וואו איך וואוין יעצט, איך האב אבער נאכנישט זוכה געווען צו טרעפן א שידוך.


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, איך בין געווען אין אומאן און דארט אויך מתפלל געווען אויף דעם, איך האב געגעבן געלט צו דרוקן אשר בנחל, איך האב שוין צוויי מאל אויסגעזאגט גאנץ תהלים שטייעדיג ביים ציון פון מוהרא"ש אין יבנאל, איך האב געזאגט קרבנות הנשיאים, אבער דערווייל בין איך נאכנישט געהאלפן געווארן. איך בין בכלל נישט יונג, און ס'איז מיר זייער ביטער דאס לעבן.


איך האב געזען אין ספר המדות וואס דער רבי שרייבט, "על כל דבר תבקש את הצדיק שיתפלל בעבורך", דערפאר טו איך דאס מייניגע, איך בעט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מתפלל זיין פאר מיר איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין שידוך, און מיין לעבן זאל שוין ווערן אויפגעראכטן, ווייל איך האלט עס מער נישט אויס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט תשובה געטון, דו האסט אפגעלאזט אלע שלעכטע זאכן דו און פירסט זיך ערליך מיט די וועג פון די תורה.


דיין זכות איז זייער גרויס, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לד:): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים שָׁם, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד", א בעל תשובה איז מער חשוב ביים אייבערשטן ווי גרויסע צדיקים; דו ביסט אנגעקומען ביים כסא הכבוד אליינס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵא הַכָּבוֹד", תשובה איז אזוי גרויס, ווען א מענטש טוט תשובה, ער לאזט אפ זיינע אלטע מעשים, ער הייבט אן גיין אין די וועגן פון די תורה - קומט ער אן צום אייבערשטן.


איך וועל דאווענען פאר דיר דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין שידוך און זוכה זיין אויפצושעלן ערליכע דורות.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט ווייטער מכבד זיין דיינע עלטערן; א בעל תשובה דארף זייער אסאך חיזוק אויף כיבוד אב ואם, ווייל עס איז זייער שווער צו זיין ערליך ווען אלע מאכן חוזק און אלע לאכן, מען איז איינער אליינס; און פון די אנדערע זייט האט מען נסיונות, דער יצר הרע קומט צוריק און וויל צוריק אריין שלעפן דעם מענטש אין זיין פארגאנגענהייט. זאלסט נישט רעדן מיט חוצפה צו זיי; דו זיי מכבד טאטע מאמע מיט די גרעסטע מאס כבוד, וועסטו זוכה זיין צוריק צו ברענגען די גאנצע משפחה, אלע וועלן ביים סוף תשובה טון, דורכדעם וואס זיי וועלן זען ווי שיין דו פירסט זיך, דיין שטארקייט, דיין זיכערקייט און דיין כבוד פאר טאטע מאמע.


איך האף דו וועסט מיר דערציילן שנעל די גוטע נייעס אז דו ביסט א חתן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#124 - נאכ'ן בעטן אזוי שטארק, פארוואס זע איך נאכנישט די ישועה?
ישועות, סבלנות, תפילה והתבודדות, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין לאנג וואס איך זוך א צדיק וואס זאל מיר העלפן אין עבודת ה', אזוי ווי דער רבי שרייבט אז מ'דארף האבן א צדיק, און ברוך ה' אז איך האב געטראפן די בריוו און שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק צו דינען דעם אייבערשטן.


איך פרוביר צו זיין נאר וואויל און ערליך, דינען דעם אייבערשטן מיט'ן גאנצן הארץ און נשמה, דאווענען ווי עס דארף צו זיין מיט מתינות און כוונות, גיין יעדן טאג אין מקוה, און זיך היטן די אויגן און זיין נאר גוט און וואויל. ליידער בין איך אמאל געווען א גרויסער בעל עבירה, דורך א ספעציעלע מעטאד וואס איך בין דורך, האב איך זוכה געווען תשובה צו טון, איך וועל נישט אויסרעכענען דא פונקטליך ווי אזוי עס ארבעט, אבער די נקודה איז אז די זעלבע ברען און פייער וואס האט געברענט אין מיר פאר עבירות, האב איך איבערגעדרייט צו גוטן, צו ברענען נאר פאר'ן אייבערשטן. ברוך ה' אז איך האלט שוין דא.


אבער כאטש וואס איך פיל יעצט ברוך ה' א נאנטקייט צום אייבערשטן, זע איך אבער אז מיינע תפלות און בקשות וועגן פרנסה ווערן נישט געענטפערט, און איך דארף חיזוק אויף אמונה און בטחון.


איך האב געוואלט פארקויפן מיין דירה אין א צווייטע שטאט צו קענען קויפן א דירה דא וואו איך וואוין, אבער זאכן גייען נישט ווי איך וויל, איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אויף דעם פאר א האלבע יאר אין א צו, אויך האב איך צוגעלייגט ספעציעלע תפלות ביי שמונה עשרה, און איך האב געטון די סגולה אז פאר פערציג טעג האב איך זיך גאר שטארק אכטונג געגעבן אין קדושה, און דערווייל רירט זיך גארנישט צום גוטן, און כסדר קומען צו נאך פרישע שטרויכלונגען מיט געלט זאכן.


איך ווייס אז דער אייבערשטער טוט אלע נאר פאר מיין טובה, און ברוך ה' אז איך מיט מיין ווייב און אונזערע קינדער זענען ברוך ה' געזונט און שטארק, וואס פאר דעם קען איך נישט גענוג אויפהערן דאנקען און לויבן, און ברוך ה' אז אויף טאג טעגליכע פרנסה איז דא, אבער למעשה האב איך נאך א קלעם אין הארץ, ווייל איך האב געמיינט אז אויב וועל איך בעטן מיט'ן גאנצן הארץ וועט דער אייבערשטער מיר זיכער העלפן און אלעס וועט פארן ווי געשמירט, אבער דערווייל זע איך נאכנישט די ישועה.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען ווארט מיט געדולד, מען האט סבלנות - זעט מען ביים סוף ווי אלעס איז געווען לטובה; מען קוקט צוריק, מען דערמאנט זיך וואס מען איז אמאל אריבער - זעט מען ווי שיין דער אייבערשטער פירט, ווי שיין דער אייבערשטער מאכט; טאקע פון די ביטערניש איז ארויסגעקומען זיסקייט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג חזר'ן דאס ווארט פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו (תורת משה כי תשא, דבור המתחיל וראית הב') וואס ער טייטשט דעם פסוק (שמות לג, כג): "וְרָאִיתָ אֶת אֲחֹרָי וּפָנַי לֹא יֵרָאוּ", יעדער איינער וויל זען דעם אייבערשטן, מען וויל פארשטיין 'וואס גייט זיין?' 'פון וואו גייט קומען די ישועה?' מען קען דאס אבער נישט זען, נאר אז מען קוקט צוריק זעט מען ווי דער אייבערשטער האט געהאלפן. מיט דעם טייטשט דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו: "וְרָאִיתָ - אֶת אֲחֹרָי", קוק אויף צוריק, קוק וואס פאר א חסדים איך האב געטון מיט דיר - וועסטו מיר זען; אבער "וּפָנַי - לֹא יֵרָאוּ", 'וואס וועט זיין? ווי אזוי וועל איך האבן די ישועה?' דאס ווייסט מען נישט און מען קען דאס נישט זען פון פאראויס, נאר מען דארף גלייבן, ווארטן, האפן און בעטן.


דו מיינסט יעצט אז דער אייבערשטער ברענגט דיר שלעכטס, אבער אז דו וועסט אויסווארטן וועסטו זען וואס פאר א ניסים עס וועט ארויסקומען פון דעם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מדרש שוחר טוב, קיח): אויפ'ן פסוק (תהלים קיח, כא): "אוֹדְךָ כִּי עֲנִיתָנִי וַתְּהִי לִי לִישׁוּעָה", עס איז געווען א איד וואס האט זיך געגרייט צו פארן צו א ווייטע לאנד מאכן געשעפטן אין פארקויפן זיין סחורה, ער האט איינגעקויפט אסאך סחורה און ער האט אויך מיט גענומען עטליכע שותפים כדי צו קענען פארדינען אסאך געלט. ווען מען האט זיך ארויסגעלאזט צו פארן האט ער באקומען הויך פיבער וואס צוליב דעם האט ער נישט געקענט מיט פארן, זענען די אנדערע שותפים אליינס ארויסגעפארן אויפ'ן לאנגן וועג און מען האט אים איבער געלאזט. האט ער געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, מה עוונותי וחטאתי אז דאס האט מיר פאסירט?" און ער האט נישט געקענט אויסהאלטן די צער, עס האט אים זייער וויי געטון פארוואס פונקט ער, וואס ער איז אזוי ערליך וכו' - דארף איבערבלייבן און קען נישט מיטגיין. אפאר טעג שפעטער האט ער געהערט אז אלע רייזנדע אויפ'ן שיף זענען אומגעקומען פון א רויבעריי, מען האט זיי אלע גע'הרג'עט רחמנא לצלן און נאר ער איז געבליבן לעבן. האט ער אנגעפאנגען דאנקען דעם אייבערשטן (ישעיה יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי, יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו האסט אויף מיר געצערנט און מיר דערנאך געטרייסט, וואס אין דעם פסוק איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען וּתְ'נַחֲמֵנִ'י; ווייל דער רבי לערנט אויס מען זאל לעבן מיט אמונה און גלייבן אז גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס, נאר דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט דיר; האסט א ווייב מיט קינדער אלע זענען געזונט, דאנק אים דו האסט פרנסה; נעם ארויס די קלעם פון הארץ, גלייב באמונה שלימה אז אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר איז נאר לטובה, וועסטו זען מיט דיינע אויגן די ניסים וואס וועט ארויסקומען פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#123 - וואס מיינט זיך מתוודה זיין פאר א תלמיד חכם?
אומאן, צדיקים, קברי צדיקים, תשובה, וידוי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין אייער זכות בין איך זוכה צו לערנען דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן. איך האב א שאלה איבער דעם וואס דער רבי שרייבט אז מ'דארף זיך מתוודה זיין פאר א תלמיד חכם, דאס מיינט זיך מתוודה זיין ביים ציון פון הייליגן רבי'ן אין אומאן? אדער מיינט דאס בפשטות צוצוגיין צו א צדיק און א תלמיד חכם וואס לעבן, און זיך מתוודה זיין פאר אים? און אויב מיינט עס די צווייטע פשט, ווי אזוי קען איך וויסן ווער ס'איז דער אמת'ער צדיק צו וועמען זיך מתוודה צו זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ו' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען וואס טוט זיך אפ ווען מען זינדיגט, מען טוט עבירות רחמנא לצלן; די עבירות ווערן איינגעקריצט אין די ביינער. אזוי ווי דער נביא זאגט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנֹתָם עַל עַצְמוֹתָם", ענקערע עבירות זענען איינגעקריצט אין די ביינער, און דאס הרג'עט דעם מענטש השם ירחם, אזוי ווי עס שטייט (תהלים לד, כב): "תְּמוֹתֵת רָשָׁע רָעָה", דאס שלעכטס הרג'עט דעם רשע; ווי אזוי איז מען זוכה ארויסצונעמען די עבירות פון די ביינער? דורך ווידוי דברים, אז מען איז זיך מתודה צום אייבערשטן, מען דערציילט פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס מען האט געטון - דורך דעם גייען ארויס אלע עבירות פון די ביינער.


דאס איז די מצוה פון תשובה, מען זאל זיך מתוודה זיין פאר'ן הייליגן באשעפער, און אזוי ווערט גע'פסק'נט (רמב"ם פרק א מהלכות תשובה, הלכה א), יעדע מצווה אין די תורה, סיי א מצות עשה און סיי א מצות לא תעשה, אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, סיי בשוגג סיי במזיד - דארף מען זיך מתוודה זיין צום הייליגן באשעפער, אזוי ווי די תורה זאגט (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ", ווי אזוי איז מען זיך מתודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ וְעָשִֹיתִי כָּךְ וָכָךְ וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי, וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון, איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; דאס איז ווידוי, און דער רמב"ם פירט אויס: "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיךְ בְּעִנְיָן זֶה, הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", ווער עס פארמערט זיך מתוודה צו זיין פאר'ן אייבערשטן, דער איז געלויבט.


אין אנהייב איז דאס זייער שווער צו טון; עס איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך מען זאל צוקומען צו די מדריגה זיך צו קענען עפענען פאר'ן אייבערשטן, אים אלעס דערציילן און נישט פארהוילן קיין שום זאך; ווייל ווען מען זינדיגט באשאפט מען קליפות ומשחיתים וואס זיי מאכן דער מענטש זאל נישט שפירן דעם אייבערשטן, עס הייבט זיך אן דאכטן פאר'ן מענטש ווי דער אייבערשטער איז ברוגז, מען הייבט אן האבן ספיקות אין די אמונה, עס ווערט שווער צו רעדן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער נביא זאגט (ישעיה נט, ב): "כִּי אִם עֲוֹנֹתֵיכֶם הָיוּ מַבְדִּלִים בֵּינֵכֶם לְבֵין אֱלֹקֵיכֶם", ענקערע עבירות מאכן א צווישנשייד צווישן אייך אינעם באשעפער.


דערפאר זאגט דער רבי, כדי די עבירות זאלן ארויסגיין פון די ביינער - דארף מען זיך מתוודה זיין פאר א תלמיד חכם; דאס איז גרינגער פאר'ן מענטש צו טון, און ווען ער רעדט זיך אויס פאר'ן אמת'ן צדיק איז דאס אזוי ווי ער רעדט יעצט צום אייבערשטן, ווייל דער צדיק איז דאך בטל ומבוטל צום אייבערשטן, ער זיצט טאג און נאכט ביים אייבערשטן, ער זאגט פאר'ן איבערשטן: "הער וואס דער מענטש רעדט צו מיר", ביז דער מענטש איז זוכה צו קענען דאס אלעס דערציילן דעם אייבערשטן.


עס מיינט ביידע; ווען מען גייט צום הייליגן רבינ'ס ציון און מען איז זיך דארט מתוודה, מען דערציילט אלעס וואס מען האט געטון - דאס איז איין וועג פון ווידוי דברים פאר א תלמיד חכם, דורך דעם איז מען זוכה צו אלע תיקונים וואס דער הייליגער רבי האט מבטיח געווען (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ד) און אזוי אויך דארף מען זוכן א תלמיד חכם א גרויסער צדיק און אים דערציילן וואס מען האט געטון; וואויל איז דעם וואס איז זוכה צו מקורב ווערן צו א צדיק וואס איז בטל צום אייבערשטן, א צדיק וואס איז נכלל אינעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - וואס קען מען אלץ מתקן זיין מיט'ן "תיקון הכללי"?
תשובה, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף אייערע הייליגע ארבעט וואס ווערט פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט.


איך וויל פרעגן וועגן די תיקון הכללי, אויב ס'איז א תיקון בעיקר אויף פגם הברית, אדער אויך אויף אנדערע עבירות, ווי פארפעלן תפילות, תפילין, כשרות המאכלים וכו'?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


תיקון הכללי איז א תיקון אויף אלע עבירות; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן כט): "הַכְּלָל שֶׁצָּרִיךְ לְתַקֵּן תְּחִלָּה תִּקּוּן הַכְּלָלִי וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יְתֻקַּן הַכֹּל בִּפְרָט", די תיקון הכללי איז א תיקון פאר אלעס.


מוהרא"ש זאגט (פעלת הצדיק, סימן תתצז בהגהה): "נִמְצָא שֶׁעֲשָׂרָה קַאפִּיטְל תְּהִילִים" - טז, לב, מא, מב, נט, עז, קה, קלז, קנ - די צען קאפיטלעך, "שֶׁגִּלָּה רַבֵּינוּ זַ"ל", וואס דער רבי האט אונז אנטפלעקט, די תיקון הכללי, "הוּא תִּיקוּן לְכָל הַחֲטָאִים שֶׁבָּעוֹלָם בִּכְלָלִיּוּת", איז א תיקון פאר אלע עבירות פון די וועלט, "וּבִפְּרָטִיּוּת לְכָל מִינֵי פְּגָמֵי הַבְּרִית", און ספעציעל פאר פגם הברית רחמנא לצלן, "וּבִפְּרָטֵי פְּרָטִיּוּת לְמִקְרֶה לַיְלָה רַחֲמָנָא לִצְּלָן".


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (שם): "וְעַל כֵּן מִי הֶחָפֵץ בַּחַיִּים", ווער עס זוכט לעבן, "מִי הָרוֹצֶה לָשׁוּב בִּתְשׁוּבָה מֵעֲוֹנוֹתָיו וַחֲטָאָיו שֶׁנָּפַל בָּהֶם רַחֲמָנָא לִצְּלָן", ווער עס וויל תשובה טון אויף זיינע זינד וואו ער איז אריין געפאלן, "כָּל אֶחָד וְאֶחָד כְּפִי יְרִידוֹתָיו", יעדער איינער לויט ווי ער איז אראפגעפאלן, "יְרַחֵם עַל נִשְׁמָתוֹ", זאל רחמנות האבן אויף זיין נשמה, "וְיֹאמַר בְּכָל יוֹם אֶת הָעֲשָׂרָה מִּזְמוֹרֵי תְּהִלִּים", און זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהלים, "שֶּׁהֵם תִּיקוּן חָדָשׁ לְגַמְרֵי", וואס דאס איז א נייער תיקון.


דער רבי זאגט אז נאכן זאגן די צען קאפיטלעך תהילים פון "תיקון הכללי" דארף מען מער נישט איבער טראכטן וואס מען האט געטון, דער עיקר תיקון הברית - האט דער רבי געזאגט - איז "נישט איבערטראכטן"; איינמאל מען האט געזאגט דעם תיקון הכללי זאל מען מער נישט איבער טראכטן וואס איז געווען, נאר אנהייבן מיט א נייע התחלה דינען דעם אייבערשטן, לערנען און דאווענען און טון מצוות.


מיר דארפן אוועק לייגן אונזער שכל אין פאלגן דעם רבי'ן, זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים, די "תיקון הכללי", בתמימות ובפשיטות. דער רבי האט צוגעזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צב): דער וואס וועט זאגן די צען קאפיטלעך - דעם "תיקון הכללי" - וועט פאררעכטן אלעס וואס ער האט פוגם געווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - ווי אזוי קען האלטן מיין שטוב, און זיך נישט גט'ן?
קינדער, שלום, תשובה, עבודת השם, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א.


איך האף אז דער ראש ישיבה וועט האבן צייט צו ליינען מיין בריוו, איך פיל א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די צייט וואס דער ראש ישיבה האט געגעבן פאר מיר, מיין ווייב, און מיינע קינדער, איך האף אז איך ווער כאטש פאררעכנט פונעם רבינ'ס מענטשן פאר די קויליטשעס כאטשיג. איך האב דערווייל נאכנישט זוכה געווען מקיים צו זיין וואס מ'האט מיר געלערנט, אבער איך וויל כאטש.


איך האב אויך זייער געוואלט זיין ראש השנה אין אומאן אבער איך האב זיך אויסגעדרייט אינמיטן וועג ווען דער ראש ישיבה האט געהייסן, און איך דארף אסאך חיזוק אויף דעם וואס איך האב נישט געקענט זיין דארט.


דער ראש ישיבה ווייסט מיין מצב, און ווען איך האב גערעדט צו איינע פון מיינע קינדער אז מען גייט זיך טיילן האב איך ערשט איינגעזען אין די ווערטער אז גט'ן איז נישט די עצה. איך וועל פרובירן אלעס וואס איך קען צוריקצודרייען און נעמען וואס מער חיזוק פונעם ראש ישיבה צו האבן א שיין לעבן.


איך בין שוין געווען ביי די גרעסטע און טייערסטע טערעפיסטן און שלום בית מאכערס פאר אזויפיל געלט, און איך ווייס אז איך האב נישט נאך א פלאץ אויסער היכל הקודש. איך נעם זיך אונטער צו געבן פאר היכל הקודש כאטש אזויפיל וויפיל איך האב שוין געטיילט פאר אלע טעראפיסטן בלי נדר.


ביזדערווייל האב איך היינט נאכאמאל אנגעפאנגען לייגן תפלין יעדן טאג. איך וויל וויסן ווי לאנג זאל איך מיך האלטן צו דעם פאר איך נעם זיך אונטער די קומענדיגע זאך. איך בעט זייער אויב דער ראש ישיבה קען מתפלל זיין פאר מיר און מיין ווייב און קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האף דו וועסט איינמאל פאר אלעמאל ארויסקלאפן פון קאפ די בייזע רוח וואס לויפט דיר נאך שוין א לאנגע צייט - זיך צו גט'ן; וואלסטו נישט געהאט קיין קינדער וואלט איך זיך נישט אריין געמישט, אבער אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן זיסע קינדער שפיר איך א פליכט איך זאל דיר צוריק האלטן פון זיך גט'ן, דו טארסט דאס נישט טון פאר דיינע קינדער.


ווען עלטערן גט'ן זיך - ליידן די קינדער, די קינדער פאלן קרבנות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח; פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: "פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש, פארוואס וויינט נישט דער שלחן, די מנורה, די ארון, וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: 'מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות..."


אז עס איז דיר שווער מיט דיין ווייב זאלסטו זיך אליינס פארבעסערן; אז דו וועסט זיך פארבעסערן, דו וועסט אנהייבן גיין אין די וועג פון די תורה וועט זי זיך טוישן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): אויפ'ן פסוק (בראשית ב, יח) "אֶעֱשֶׂהּ לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", זָכָה - עוֹזַרְתּוֹ, לֹא זָכָה - כְּנֶגְדּוֹ; אז מען איז זוכה איז די ווייב מיט איר מאן און זי העלפט אים, אויב איז מען נישט זוכה איז די ווייב א כנגדו, אלעס טוט זי פארקערט פונעם מאן; אלעס איז אנגעהאנגען אין דיר, אז דו וועסט אפלאזן דיינע שלעכטע וועגן, דו וועסט צוריק קומען צום אייבערשטן, אנטון תפילין יעדן טאג, דאווענען שחרית, מנחה און מעריב, זיך קובע זיין שיעורים אין די הייליגע תורה - וועט זיך אלעס טוישן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#120 - איז דא א פראקטישע עצה ווי אזוי צו ווערן אן ערליכער איד?
קדושה, תשובה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס טוט מיר זייער וויי אז איך דארף פרעגן אזא שאלה, אבער דאך אפשר וועל איך געהאלפן ווערן ממילא לוינט זיך עס.


ליידער בין איך שטארק איינגעזונקען אין פגם הברית, אזוי ווייט אז איך קוק א גאנצן טאג ראיות אסורות, און אויך קען איך אסאך מאל שטיין לאנג אויף די גאס סתם באטראכטן אלע סארט פרויען. אין נאך ערגערס פון דעם, איך חלום אפילו ביינאכט פון די אלע סארט זאכן. איך בין ממש אויסגעלאשן פון יעדע התעוררות אז איך ווייס אפילו נישט צי עס לוינט מיר צו תשובה טוהן, איך זוך נאר א גאנצן טאג וואו איך קען האבן מער תאוות וכדומה, איך האב א איבריגע מינוט טו איך נאך עבירות, איך טראכט א גאנצן טאג נאר פון דעם.


אפשר האט דער ראש ישיבה פאר מיר א פראקטישע עצה וואס קען באמת העלפן צו עוקר זיין אינגאנצן די פראבלעם און טוישן די גאנצע מחשבה? איך פיל אז דער רבי העלפט מיר נישט, וויפיל איך האב נאר פרובירט, איך וואלט זייער געוואלט פרעגן אפשר איז דא עפעס אנדערש וואס וועט מיר העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב פאר דיר אן עצה וואס קען אינגאנצן עוקר זיין דיין פראבלעם און טוישן דיין גאנצע מחשבה; נעם די עצה פון לערנען משניות. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם", אפילו אזא מענטש קען די תורה אויך העלפן, די תורה האט אזא כח אז עס קען אים ארויסנעמען פון די עבירות, "וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, "כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


רבי נתן זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט אונז מגלה געווען די זאך אז די תורה איז אן עצה ארויס צו שלעפן דעם מענטש פון עבירות האב איך געפרעגט דעם רבי'ן 'אויב תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?' האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס! אפילו א מענטש וואס ליגט אין די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם, ער זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויס קריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד'".


דערפאר, אז דו זוכסט אן עצה וואס קען אינגאנצן עוקר זיין דיין פראבלעם און טוישן דיין גאנצע מחשבה, נעם די עצה פון לערנען משניות, קוק נישט אויב דו פארשטייסט וואס דו לערנסט, דער עיקר זאלסטו זאגן די ווערטער פון משניות; פרוביר צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס האט א וואונדערליכע כח צו הרג'נען דעם יצר הרע.


דער הייליגער מהר"ם פאפירש זאגט (אור צדיקים סימן כב, אות יא): "טוֹב לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת בְּכָל יוֹם, וְאִם אֶפְשַׁר שֶׁיַּשְׁלִים חַ"י פְּרָקִים בְּכָל יוֹם, נֶגֶד חַ"י עוֹלָמוֹת מַה טוֹב וּמַה נָעִים", עס איז זייער גוט מען זאל יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות, "יְהִי חֶלְקִי עִמּוֹ", איך וויל האבן א חלק מיט זיי, "כִּי הוּא תִּיקוּן גָּדוֹל לִפְגַם הַבְּרִית, סוֹד אֵל חַי", ווייל מיט'ן זאגן אכצן פרקים משניות איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען אין די חטא פון פגם הברית, "וְיֶשׁ לָהֶם גַּם כֵּן סְגוּלָה לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע", אויך האט דאס א סגולה צו הרג'נען דעם יצר הרע, "גַּם סְגוּלָה לְהַמְשִׁיךְ נְשָׁמָה, שֶׁהִיא אוֹתִיּוֹת מִשְׁנָה", אויך האט דאס א סגולה צו ברענגען א ריינע נשמה אויפ'ן מענטש.


אז דו וועסט לערנען יעדן טאג משניות, דו וועסט דאס טון מיט א שטארקייט וועט אינגאנצן נעקר ווערן דיין פראבלעם, עס וועט טוישן דיין גאנצע מחשבה, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער מען זאגט משניות איז מען זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן, מען ווערט ריין. משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, די ראשי תיבות פון (תהלים ל, ד): הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי איז מִשְׁנָה, אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.


עס איז דא נאך אסאך עצות פון רבי'ן ארויס צו קריכן פון די הענט פונעם שטן, אבער די עצה פון לערנען משניות איז בדוק ומנוסה; הונדערטער און טיזנטער מענטשן האבן זיך שוין צוריק געקערט צום אייבערשטן דורך די עצה פון זאגן משניות. איך פערזענליך ווייס פון צענדליגער און הונדערטער בחורים וואס זענען שוין געווען ביי די נישט גוטע, זיי זענען געווען איינגעזינקען אין פגם הברית ביז איבער די אויערן, און דורך די עצה פון משניות, זיי האבן גענומען משניות פאר זייער ציל - זענען זיי ארויס אינגאנצן פון די טומאה און זענען געווארן ערליכע אידן.


מען דארף נאר האבן אסאך סבלנות, עס גייט נישט איבערנאכט; אבער דער וואס האט סבלנות, דער וואס לערנט די הייליגע תורה יעדן טאג - דער ווערט א גרויסער צדיק.


דו קענסט נאך זיין א גרויסער צדיק אויב דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן.

#119 - וואס טו איך אז ס'העלפט מיר נישט קיין תשובה?
התחזקות, תהלים, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס טו איך אז איך האב געטון עבירות וואס העלפט נישט קיין תשובה דערויף?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו עס נישטא אזא זאך תשובה זאל נישט העלפן, אז מען טוט תשובה - איז דער אייבערשטער מוחל, נישט קיין אינטערשייד וואס מען האט געטון, אויף יעדע עבירה נוצט תשובה. תשובה איז נישט אן ענין אדער א מנהג, תשובה איז א מצות עשה אין די תורה, אויף יעדע עבירה וואס מען האט געטון רחמנא לצלן קען מען תשובה טון.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסיקתא דרב כהנא, פרשה מד): "גָדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה", תשובה איז זייער גרויס, "שֶׁכֵּיוָן שֶׁאָדָם מְהַרְהֵר בְּלִבּוֹ לַעֲשֹוֹת תְּשׁוּבָה", ווען א מענטש טראכט ביי זיך 'איך גיי תשובה טון, איך גיי אפלאזן מיינע נישט גוטע מעשים', "מִיַּד הִיא עוֹלָה לֹא עַד עֲשָֹרָה יָמִים, וְלֹא עַד עֶשְֹרִים וְלֹא עַד מֵאָה, אֶלָּא עַד מַהֲלַךְ חֲמֵשׁ מֵאוֹת שָׁנִים; וְלֹא עַד רָקִיעַ רִאשׁוֹן וְשֵׁנִי, אֶלָּא שֶׁהִיא עוֹמֶדֶת לִפְנַי כִּסֵא הַכָּבוֹד", קומט ער אן אזוי הויך - ביז'ן אייבערשטן אליינס, ער קומט אן ביז'ן כסא הכבוד.


זע צו זאגן יעדן טאג תהילים; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים; ווייל יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד, טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, עס איז דא וואס האבן בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס צו טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


ועל כולם זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין שפראך וואס דו רעדסט; דערצייל דעם אייבערשטן דיינע שווערע נסיונות, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, זאג אים אז דו פאלסט אראפ אין נישט גוטע זאכן, בעט אים ער זאל דיר העלפן; דאס וועט דיר ברענגען ארויס צו קריכן פון אלעם שלעכטס.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "וְאֲפִלּוּ כְּשֶׁנּוֹפְלִין לִפְעָמִים לְתוֹךְ רֶפֶשׁ וָטִיט, שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לָצֵאת מִשָּׁם", אפילו מען פאלט אריין אין א בלאטע וואס עס איז שווער ארויס צו גיין דערפון, "צוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין!" דער רבי האט געזאגט דעם לשון: "אוּן אֲפִלּוּ אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען, אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט"; דאס איז די עצה ווי אזוי מען קען ארויס קריכן פון עבירות, מען זאל שרייען צום אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל: "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו אמת'ע תשובה מיט אלע אידן אינאיינעם.

#118 - ווי אזוי קען איך אמת'דיג אינגאנצן תשובה טון?
שמחה, תשובה, עבירות, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן ישר כח פאר די ענטפער וואס איך האב באקומען אויף מיין ווייטאגליכע שאלות אז איך בין אזוי אריינגעפאלן אין שמוץ, ווי אזוי איך זע זיך ארויס פון ביטערע עבירות.


איך האב עס דורכגעליינט צענדליגע מאל, עס האט מיר זייער אויפגעשאקלט און מעורר געווען, איך האב זייער אסאך געוויינט, איך וויל זיך אויסרעדן צום אייבירשטן און תשובה טון, אבער איך ווער זייער פארשעמט און איך קען נישט ארויסרעדן קיין ווארט, איך ווער רויט פאר בושה וואס איך האב צוזאם געטון, איך קען נאר זאגן "באשעפער זיי מיר מוחל".


איך טו תשובה מיט'ן גאנצן הארץ, איך האב אפגעהאקט אלע קשרים, און אפגעהאקט אלע וועגן ווי אזוי איך פלעג אנקומען צו שלעכטס. איך בעט דער ראש ישיבה זאל מיר שרייבן וואס איך האב צו טון, צו תשובה טון, און וואס קען איך טון אז דער אייבערשטער זאל מיר מוחל זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט תשובה געטון, דו האסט אפגעהאקט אלע קשרים מיט די קליפות, שדים און רוחות רעים. דאס הייסט באמת תשובה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מט): "וְדַע, שֶׁעִקָּר הַתְּשׁוּבָה הַשְּׁלֵמָה הִיא כְּשֶׁאָדָם עוֹבֵר בְּאֵלּוּ הַמְּקוֹמוֹת מַמָּשׁ שֶׁהָיָה מִקֹּדֶם הַתְּשׁוּבָה כָּל אֶחָד לְפִי מַה שֶּׁעָבַר עָלָיו בַּיָּמִים הַקּוֹדְמִים, וּכְשֶׁעוֹבֵר בְּאֵלּוּ הַמְּקוֹמוֹת וְהָעִנְיָנִים שֶׁהָיָה מִתְּחִלָּה מַמָּשׁ וְעַכְשָׁו פּוֹנֶה עֹרֶף מֵהֶם, וְכוֹפֶה יִצְרוֹ לִבְלִי לַעֲשׂוֹת עוֹד מַה שֶּׁעָשָׂה זֶהוּ עִקָּר הַתְּשׁוּבָה הַשְּׁלֵמָה, וְרַק זֶה נִקְרָא תְּשׁוּבָה", וויסן זאלסטו, וואס הייסט אמת'דיג תשובה געטון? ווען דער מענטש גייט אריבער נאכאמאל די נסיונות און ער לאזט אפ די אלטע וועג, דאס הייסט אמת'דיג תשובה געטון.


דערפאר אז דו האסט אפגעהאקט אלע קשרים מיט די עבירות - השם ישמרינו, דארפסטו זיין זייער פרייליך; דארפסט זיך פרייען אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן די זכיה, האסט זיך געכאפט באצייטנס, דו האסט געקענט תשובה טון.


מוהרא"ש זאגט, ווען א מענטש טוט תשובה, וואס איז דער סימן מען זאל וויסן קלאר אז דער אייבערשטער האט אנגענומען די תשובה? אויב מען איז פרייליך איז א סימן אז דער אייבערשטער האט אנגענומען די תשובה און אויב מען איז נישט פרייליך איז א סימן אז מען דארף נאך אסאך תשובה טון; ווייל ווען א מענטש איז פרייליך איז ער זייער נאנט צום אייבערשטן, ביים אייבערשטן שטייט (דברי הימים-א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", ביים אייבערשטען איז נאר דא שמחה, דאס איז די סימן אז דער מענטש איז ביים אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה", ווען א מענטש טוט די מצוות פרייליכערהייט, "זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", איז א סימן אז ער איז גאנץ מיט'ן אייבערשטן, דאס איז די העכסטע פלאץ וואו מען קען נאר אנקומען.


איך ווייס אז די קליפות וועלן דיר ווייטער נאכלויפן, זיי געבן נישט אזוי שנעל אויף; ווען זיי זעען א מענטש וואס איז געווען אונטער זיי - אנטלויפט פון זיי און טוט תשובה, פרובירן זיי נאכצולויפן דעם מענטש; בעט איך דיר זאלסט זיך זייער שטארקן נישט צו ווערן צעבראכן ווען זיי לויפן דיר נאך, נאר זיך ווייטער פרייען מיט יעדע גוטע נקודה וואס דו קענסט ארויס כאפן, פריי זיך מיט דיין ציצית, מיט דיין תפילין, מיט דיין בארד און פיאות, מיט שבת און יום טוב און אזוי ווייטער.


ברודער, אנטלויף פון עצבות און מרה שחורה. מוהרא"ש ברענגט פונעם גרויסן צדיק רבי מענדעלע וויטעפסקער זכותו יגן עלינו, ער זאגט (ספר פרי הארץ, מטות מסעי): "עצבות איז אן ערגערע קליפה פון עבודה זרה"; זעט מען ווי שטארק מען דארף זיך היטן פון עצבות ומרה שחורה וואס איז הארבער פון די הארבסטע עבירה - עבודה זרה.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך; מיר האבן מיט וואס צו זיין פרייליך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נז.) אויפ'ן פסוק (שיר השירים ו, ז): "כְּפֶלַח הָרִמּוֹן רַקָּתֵךְ - אֲפִילוּ רֵיקָנִין שֶׁבְּךָ", אפילו די פראסטע אידן, "מְלֵאִים מִצְוֹת כְּרִמּוֹן", זענען פול מיט מצות, אזויפיל וויפיל קערלעך עס איז דא אין א מילגרוים.