שאלה אין קורצן ענין
#94 - איך בין טיף אין תהום, ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון דארט?
קדושה, תפילה והתבודדות, תשובה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כולל אינגערמאן, איך הייס א חשובער אינגערמאן, אבער ליידער פלאג איך זיך געפערליך אין עניני קדושה, און הוז"ל רחמנא ליצלן, איך בין טיף אין דער ערד אין תהום, איך באזוך כסדר אלע עקלדיגע וועבסייטס, און איך זע ממש נישט קיין וועג ארויס, ווי אזוי קען איך געראטעוועט ווערן?


איך הער אסאך די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און יעדעס ווארט שאקלט מיר אויף די נשמה, ווען איך שוין ארויסקריכן פון מיין בלאטע? דער תהום איז שוין נישט גענוג פאר מיר!


אויך וויל איך וויסן אויב די פראגראמען וואס איז דא צו גיין פאר אדיקשענס, קענען מיר אפשר העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז אלע צרות וואס מען ליידט אין לעבן קומט צוליב פגם הברית; ווען א מענטש היט זיך נישט די אויגן, ער קוקט עבירות רחמנא לצלן און ער פאלט נאכדעם אראפ אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, באשאפט ער דורכדעם קליפות ומשחיתים וואס פייניגן אים זיין גאנץ לעבן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות נאוף, סימן כו): "עַל-יְדֵי הוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה בּוֹרֵא קְלִפּוֹת, הַמִּתְלַבְּשִׁים בִּבְנֵי-אָדָם מִתְנַגְּדִים וְחוֹלְקִים עָלָיו וְעוֹשִׂין לוֹ יִסּוּרִין", דורך די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה באשאפט מען קליפות, און די קליפות גייען אריין אין מענטשן וואס קריגן זיך מיט אים און טוען אים אפ שרעקליכע יסורים.


הדבר הראשון זאלסטו אוועק ווארפן דיין טעלעפאן, טעבלעט און קאמפיוטער - די כלים אויף וואס דו קוקסט אלע עבירות, ווייל אלעס הייבט זיך אן מיט די אויגן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין במדבר רבה י, ב): "עַיִן רוֹאֶה וְלֵב חוֹמֵד" – אז מען היט זיך נישט די אויגן דעמאלט גליסט די הארץ וכו', ביז מען פאלט אריין אין עבירות רחמנא לצלן; אזוי אויך פארלירט מען די ווייב, ווייל מען גייט ארום מיט שלעכטע מחשבות, מען מיינט אז א צווייטער האט א בעסערע לעבן; פון אזויפיל קוקן נישט גוטע זאכן ווערט מען אזוי פארשווארצט ביז מען פארלירט די געפיל אין שטוב צו די ווייב און קינדער. דאס אלעס הייבט זיך אן ווען מען היט זיך נישט די אויגן.


שנית, זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן; גיי אין א ווינקל און רעד זיך אויס דיין הארץ צום איבערשטן. זאג פאר'ן אייבערשטן וואס דו טוסט, דערצייל אים ווי דו בלאפסט, דו האסט א פנים ווי א שיינער איד ווען באמת ביסטו אין תהום, שריי צו אים:


"רבונו של עולם! איך ליג אין א געמיינע בלאטע, איך קוק עקלדיגע עבירות; איך קוק ... מאוויס און איך פאל אראפ אין פגם הברית, הייליגער באשעפער וואס זאל איך טון?! איך היט נישט מיינע אויגן און איך קוק אויף שמוץ, איך בין אזוי משוגע, עס איז ממש מקוים געווארן ביי מיר די קללה וואס שטייט אין די תוכחה (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", איך בין ממש משוגע פאר ניאוף, איך קוק און קוק אויף נאך און נאך עבירות; רבונו של עולם! וואס זאל איך טון אז עס איז ביי מיר מקוים געווארן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.): "אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת", א מענטש זינדיגט נישט נאר אויב עס איז אין אים אריין א רוח שטות; וואס זאל איך טון אז איך בין אנגעפילט מיט רוח שטות? איך שפיר ווי איך בין נישט בעל הבית אויף מיר, איך בין פארשקלאפט פאר מיינע בלאטעס.


הייליגער באשעפער, איך קען צו קיינעם נישט רעדן פון דעם, ווייל מענטשן מיינען אז איך בין א חשוב'ער אינגערמאן, מען האלט מיר אלץ איינער פון די חשוב'ע כולל אינגעלייט, אבער דו טאטע ווייסט דאך יא דעם אמת ווער איך בין און וואס איך טו, העלף מיר אייבערשטער, אנא השם! העלף מיר איך זאל האבן שמירת עיניים, איך זאל האבן א ריינע מח; איך זאל שוין איינמאל פאר אלע מאל אפלאזן אלע נארישקייטן. איך ווייס נישט וואס צו טון, דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ כסדר נאכאמאל און נאכאמאל; אָנָּא ה' הוֹשִׁיעָה נָא, אָנָּא ה' הַצְלִיחָה נָא".


אז דו וועסט טון די צוויי זאכן, דו וועסטו אוועק ווארפן אלע כלים אויף וואס דו קענסט קוקן עבירות און דו וועסט וויינען צום אייבערשטן אויף די תפילה, וועסטו זען ווי צוביסלעך וועסטו ארויס גיין פון דיין בלאטע, דו וועסט זוכה זיין צו ווערן אן אמת'ער בעל תשובה און א גרויסער צדיק.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#93 - די פאריאריגע קבלות האב איך נישט איינגעהאלטן, וואס טו איך דאס יאר?
התחזקות, ראש השנה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וועל פרעגן איבער עפעס וואס לאזט מיר ממש נישט קיין מנוחה. עס דערנענטערט זיך די הייליגע טעג, און איך זיך דערמאן זיך פון פאריאר פאר די ימים נוראים, ווען איך האב תשובה געטון און איך האב צוגעזאגט פאר'ן אייבערשטן אז איך גיי שוין זיין וואויל און ערליך, איך גיי שוין אנהויבן דאווענען און לייגן תפלין יעדן טאג, און איך האב דאס טאקע געמיינט מיט'ן גאנצן הארץ, ווען עס איז אבער געקומען למעשה, איך האב פרובירט, אבער איך האב נישט איינגעהאלטן מיין צוזאג.


דאס יאר ווייס איך נישט ווי אזוי צוצוגיין צו די הייליגע טעג, איך ווייס אז איך קען נישט צוזאגן אז איך גיי דאווענען און לייגן תפלין און לערנען יעדן טאג, ווייל איך זע אז איך האלט עס סיי ווי נישט איין, אבער פון די אנדערע זייט וויל איך אבער יא אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד. וואס טוט מען דא?


איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר געבן חיזוק, ווייל איך האב שוין פרובירט אזויפיל מאל, און איך שפיר איך ווער שוין מיואש פון אזויפיל מאל דורכפאלן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן פון דיר אז דו ביסט אראפגעפאלן וכו' און דו האסט שוין נישט קיין כח נאכאמאל אנצוהייבן וכו'.


איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אזוי געפאלן ביי דיר; טראכט אריין, ווען א מענטש פאלט בגשמיות, ער גייט אין גאס און פאלט אראפ, וועט ער זיך שטענדיג אויפהייבן, אפילו ער זאל שוין האבן געפאלן אן א שיעור מאל וועט ער זיך שטענדיג אויפהייבן, דו וועסט קיינמאל נישט זען א מענטש ליגן אין גאס און זיך נישט אויפהייבן מיט'ן אויסרייד: "איך הייב זיך מער נישט אויף, איך האב שוין אסאך מאל פרובירט און עס גייט מיר נישט", נאר וויפיל מאל א מענטש זאל נאר פאלן וועט ער זיך שטענדיג אויפהייבן פונדאסניי. אזוי אויך ווען א מענטש פאלט און ער צעברעכט זיך די הענט אדער פיס וועט מען אים נעמען אין שפיטאל, אים לייגן א גיפס וכו'; האסטו שוין געהערט אז א מענטש זאל זאגן: "איך בלייב מיט'ן צעבראכענעם ביין, איך גיי דאס נישט פאררעכטן, איך בין שוין אזויפיל מאל געפאלן"? קיינמאל וועסטו נישט הערן אזאנס פון איינעם; דעמאלט פארוואס ברוחניות זאלסטו בלייבן ליגן אויף דער ערד און זאגן: "איך האב שוין פרובירט און עס גייט נישט"? פארוואס זאלסטו נישט זאגן: "כִּי נָפַלְתִּי קָמְתִּי (מיכה ז, ח)", איך בין געפאלן און איך הייב זיך אויף, איך האב פרובירט פאריאר איך וועל נאכאמאל פרובירן, איך האב פאריאר צוגעזאגט איך גיי זיין גוט, יעצט גיי איך נאכאמאל צוזאגן איך גיי זיין גוט.


דערפאר בעט איך דיר טייערער ליבער חבר: טו תשובה פונדאסניי; זאג נאכאמאל פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך גיי זיין גוט"; אפילו דו האסט שוין געזאגט נעכטן די זעלבע ווערטער זאלסטו יעדעס מאל פונדאסניי תשובה טון.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תשובה; תשובה איז אזוי גרויס אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה - שֶׁבִּשְׁבִיל יָחִיד שֶׁעָשָֹה תְּשׁוּבָה מוֹחֲלִין לְכָל הָעוֹלָם כּוּלוֹ", תשובה איז אזוי גרויס, אז ווען א מענטש טוט תשובה איז מען מוחל פאר אים און פאר די גאנצע וועלט; זאג די ווערטער פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל זיין א צדיק; וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ברענט אין מיר און ער ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל? רבונו של עולם איך שעם זיך פון דיר, יעדע מאל זאג איך דיר צו אז איך גיי זיין גוט און ערליך און נאכדעם פאל איך צוריק צו מיינע אלטע מעשים; איך בין שוין אזוי מיואש פון תשובה טון, איך שפיר ווי איך האב נישט די מעגליכקייט תשובה צו טון. הייליגער באשעפער האב אויף מיר רחמנות, איך וויל זיין אן ערליכער איד; העלף מיר אז איך זאל נישט טון קיין נארישקייטן, העלף מיר אז איך זאל זיין פרייליך און נישט צוריק גיין צו די שלעכטע מעשים"; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס די פאר ווערטער טוען מיט'ן מענטש און פאר די גאנצע וועלט, מען איז מוחל דעם מענטש און מען איז מוחל פאר יעדן איינעם.


מאך זיך א שיעור אין גמרא; לערן די הייליגע גמרא וועט דיר זיין גרינגער צו געווינען די מלחמה. גמרא איז נוטריקון די ראשי תיבות ג'בריאל מ'יכאל ר'פאל א'וריאל, די פיר מלאכים וועלכע היטן דעם מענטש, אז דו וועסט לערנען גמרא וועט דיר דער אייבערשטער היטן פון צוריק פאלן אין נישט גוטע מעשים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#92 - איז אינטערעסאנט מיין תשובה, ווען איך ווייס זיכער אז איך גיי צוריק גיין צו עבירות?
תהלים, תשובה, עבירות, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א איז אונז אלעמאל מחזק תשובה צו טון, און ווי גרינג עס איז תשובה צו טון, מ'דארף בלויז זאגן "באשעפער איך וויל זיין ערליך". מיין פראגע איז אבער אויך איך - וואס איך בין געזינקען אין די ק' שערי טומאה, און ס'איז מיר קלאר און זיכער אז איך קען נישט אויפהערן צו זינדיגן, וועט דאס העלפן וואס איך זאג פאר'ן אייבערשטן אז איך וויל זיין ערליך.


איך ווייס אז איך קען זיך מוסר נפש זיין צו זיין ערליך, אבער פארלאנגט דען דער אייבערשטער אזוי סאך פון מיר? איך שפיר דאך אז איך בין אזוי געזינקען אז איך קען זיך ממש נישט שיידן פון מיינע עבירות. איז נאך אינטערעסאנט צו זאגן פאר'ן אייבערשטן אז איך וויל זיין ערליך אין די צייט וואס איך בין נישט עוזב את החטא? איך ווייס קלאר אז איך גיי צוריק גיין צו מיינע שלעכטע מעשים?


א דאנק

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שאד אז דו נעמסט נישט דעם רבינ'ס עצה בתמימות ופשיטות, וואס דעמאלט וואלסטו שוין לאנג ארויס פון בלאטע און געקומען צו די קדושה. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְדוּשָׁה מְאֹד, שֶׁנִלְכְּדוּ בַּמְּצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם", אפילו א מענטש וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין די הענט פונעם יצר הרע, ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָדוֹל כָּל כַּךְ עַד שֶׁיְכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִים בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיוּב חָזָק לִלְמוֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כַּךְ וְכַּךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


הייב אן לערנען משניות וועסטו צוביסליך ארויסקריכן פון די בלאטע. משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, דאס ווארט מִשְׁנָה איז די נוטריקון פונעם פסוק (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", אז מען לערנט משניות נעמט דאס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.


אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער פון די תורה; דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע זיסע וועג ווי אזוי מיר קענען זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די הייליגע ווערטער פון די תורה. פאלג דעם רבי'ן און הייב אן לערנען משניות; זאג א פרק נאך א פרק. אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל ווען א מענטש איז דיפרעסט האט ער נישט דעם כח פון זיך קאנצעטרירן און פארשטיין וכו', ווער רעדט נאך ווען א מענטש איז פוגם בברית, ער איז אריין געפאלן אינעם נעץ פונעם יצר הרע און איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, דער מענטש פארלירט אינגאנצן זיין מח. מיט דעם אלעם זאלסטו זאגן די ווערטער פון די תורה ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן דו וועסט ארויס גיין פון די הענט פון יצר הרע.


אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג תהילים, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו תשובה שלימה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין ערליך, און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#91 - מיין ווייב זאל נאר נישט געוואויר ווערן וואס איך טו
שלום בית, קדושה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך באלאנג נישט אין ברסלב, אבער ס'געפעלט מיר זייער דער ברסלב'ער דרך, און דעריבער וויל איך בעטן הדרכה און עצות פונעם ברסלב'ן וועג.


איך פאל אסאך דורך אין עניני קדושה, און איך שפיר אז איך קען נישט און איך טאר דאס נישט האלטן בסוד פון מיין ווייב. איך ווייס אבער אז ווי נאר זי וועט געוואויר ווערן וואס טוט זיך מיט מיר, בין איך א פארלוירענער. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טו תשובה ווייל אז נישט וועט זיין דער סוף זייער ביטער; מען קען זיך נישט באהאלטן פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער זאגט (איוב כד, טו): "וְעֵין נֹאֵף שָׁמְרָה נֶשֶׁף לֵאמֹר לֹא תְשׁוּרֵנִי עָיִן", די בעלי עבירות רעדן זיך איין און טראכטן ביי זיך: 'מיר וועלן ווארטן עס זאל ווערן נאכט דעמאלט וועלן מיר טון עבירות; מיר וועלן גיין אין באהאלטענע פלעצער אז קיינער זאל אונז נישט זען'. זאגן חכמינו זכרונם לברכה (במדבר רבה ט, א): "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי, לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", א מענטש מיינט טאקע אז ער קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, וואס טוט דער אייבערשטער? "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם", דער אייבערשטער פארשעמט אים פאר די גאנצע וועלט.


מען זעט ממש בחוש וואס דער רבי האט שוין פאראויס געזאגט פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, ווי דער סוף פונעם בעל עבירה איז אז ער ווערט פארשעמט פאר די גאנצע וועלט און מען בלייבט אן גארנישט. דער רבי האט אמאל חוזק געמאכט פון די עקלדיגע עבירה, אזוי ווי רבי נתן ברענגט (שיחות הר"ן, סימן שד): "פַּעַם אַחַת הִתְלוֹצֵץ מִזֶּה וְאָמַר: 'שֶׁעַל זֶה מְבַקְּשִׁים בְּכָל יוֹם אַל תְּבִיאֵנִי לִידֵי נִסָּיוֹן וְלֹא לִידֵי בִּזָּיוֹן', וְאָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן: 'אָדֶער אַ נִסָּיוֹן אָדֶער אַ בִּזָּיוֹן'", ווייל אז עס ווערט אויס נסיון ווערט בזיונות; היינט קען מען ממש זען דעם רוח הקודש פון רבי'ן, די וועלט איז אזוי פארגעשריטן אז ווען עס גייט ארויס א בילד פון איינעם ווי ער דרייט זיך אויף שמוציגע פלעצער וכו' ווערט ער אין איין רגע פארשעמט פאר די גאנצע וועלט.


איך בעט דיר זייער, טו תשובה, לאז אפ די עבירות און בעט איבער דעם אייבערשטן - וועט ער דיר מוחל זיין, ווארט נישט קיין איין מינוט ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה כו, ה): "עַל הַכֹּל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַאֲרִיךְ אַפּוֹ, חוּץ מִן הַזְּנוּת", אויף אלע עבירות וואס א מענטש טוט ווארט דער אייבערשטער אז מען זאל תשובה טון, אבער ווען עס קומט צו ניאוף רחמנא לצלן דארט איז דער אייבערשטער נישט מאריך אף, נאר דער אייבערשטער באשטראפט מיט א ביטערע עונש.


האב שכל און דערצייל גארנישט דיין ווייב, אבער טו תשובה; אז דו וועסט אפלאזן די שלעכטע מעשים וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.

#90 - מ'האלט מיר פאר אן ערליכער איד, אבער ליידער בין איך נישט, וואס טוט מען?
תשובה, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מענטשן האלטן מיר פאר אן ערליכער איד, אבער איך ווייס דעם אמת ווער איך בין. איז מיין שאלה צו איך דארף זיך אנרופן ווען מ'רומט מיר אויס, צו דארף איך מפרסם זיין ווער איך בין באמת, אז מ'זאל מיר נישט מכבד זיין?


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ ביי די שיעורים אז ס'זענען דא אינגעלייט מיט ווייסע וועסטלעך און רעזשעוואלקעס, אבער באמת ליגן זיי טיף אין דער ערד. איז וואס דארף איך צו טון? זאל איך אויסטון מיין ווייסע וועסטל און רעזשעוואלקע און זיך אנטון אזוי ווי איך בין באמת?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך בארעכענען און תשובה טון; מיין נישט אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן. דער אייבערשטער זאגט (ירמיהו כג, כד): "אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ, נְאֻם ה'", ווי קען זיך א מענטש באהאלטן פון מיר? "הֲלוֹא אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ אֲנִי מָלֵא נְאֻם ה'", דער אייבערשטער איז דאך איבעראל.


אז דו וועסט נישט תשובה טון וועט זיין זייער ביטער; מיין נישט אז מען קען זיך באהאלטן אונטער א ווייסע וועסטל, אונטער רבי'שע קליידער און טון עבירות. דער אייבערשטער שטייט און ווארט מען זאל תשובה טון, אויב מען טוט תשובה און מען לאזט אפ די עבירות איז גוט און אז נישט ווערט מען פארשעמט בזה ובבא.


זע צו זאגן יעדן טאג תהילים; פרוביר צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים וועסטו ארויסקריכן פון אלע דיינע שלעכטע מעשים. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'", ווער עס זאגט תהילים וועט זוכה זיין תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד; תשובה איז נישט פאסטן תשובה איז נישט סיגופים, תשובה איז צוריק קומען צום אייבערשטן, זאג פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך הייב אן פון יעצט צו זיין אן ערליכער איד, העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן כח זיך צו שטארקן אויף מיין יצר הרע".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#89 - האט איר פאר מיר א דרך תשובה אויף מיינע עבירות?
תפילה והתבודדות, תשובה, בחור, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור און איך וויל האבן א דרך תשובה אויף מיינע עבירות, איך פאל אראפ נאך און נאך, און שפיר אז איך מער נישט אזוי אנגיין.


איך האב פרובירט צו לערנען משניות, אבער ס'איז מיר שווער צו זאגן אין א משניות, וויל איך וויסן אזוי ווי איך האב א טעלעפאן מיט א פילטער, מעג איך לערנען משניות פונעם טעלעפאן, אדער ס'מוז זיין דוקא פון א געהעריגע משניות.


נאך א שאלה האב איך, אסאך מאל נאכדעם וואס איך פאל דורך אין אן עבירה, האב איך נישט קיין חשק צו דאווענען, איז דאס עפעס אן עצה אויף דעם?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע, כ"ד אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געוואוין זיך צו צו זאגן יעדן טאג נאכן דאווענען דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען [קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ].


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן ווייל דאס איז א תיקון פאר אלע עבירות בכלליות און בפרט אויף פגם הברית רחמנא לצלן. נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, שם) אז אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון דער וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, "אבער מיר" - זאגט דער רבי – "האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון".


זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש - שנים מקרא ואחד תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער ביז סוף וואך. עס נעמט נישט מער ווי אפאר מינוט, עס זעט אויס ווי א קלייניקייט אבער עס איז זייער א גרויסע זאך; אין דעם איז תלוי דיין תשובה.


דו זאלסט ווייטער זאגן משניות אפילו עס איז דיר שווער; דאס איז נאר אין אנהייב ווען דער מענטש וויל זיך ארויס רייסן פון די קליפות, דעמאלט קומט אים אן זייער שווער יעדע משנה, יעדע ווארט וכו', אבער מיט די צייט וועט דיר עס ווערן אסאך גרינגער.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס משניות טוט מיט א מענטש; משניות רייניגט דעם מענטש און טוישט דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה", ווי מער א מענטש איז עוסק אין משניות איז ער זיך מער מְשַׁנֶה און ווערט מער ריין. משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז די ראשי תיבות פון הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי איז מִשְׁנָה, אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.


ווען דו ווילסט גיין דאווענען זאלסטו זיך נישט מבלבל זיין פונעם יצר הרע וואס זוכט דיר אוועק צו נעמען דיין חשק מיט'ן אויפברענגען דיין עבר; זאג פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך הייב אן פון יעצט, זיי מיר מוחל וואס איז געווען", און שטעל זיך דאווענען מיט שמחה; ווארט נישט אויף די חשק, די חשק קומט במשך די צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - וואס טוט איך אז איך שעם זיך צו דערציילן מיינע עבירות פאר'ן אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, תשובה, בושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אסאך מאל ווען איך וויל רעדן צום אייבערשטן, האלט איך זיך צוריק, ווייל איך שעם זיך פשוט פונעם אייבערשטן מיט די עבירות וואס איך טו. אויך ביינאכט ווען איך וויל איבערגיין מיין טאג מיט'ן אייבערשטן, שעם איז זיך צו רעדן ווי אזוי מיין טאג איז נעבעך אריבער. און צום סוף קומט אויס אז איך רעד גארנישט צום אייבערשטן, האט איר עפעס אן עצה אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט אז דו שעמסט זיך פונעם אייבערשטן; בושה איז א גוטע מידה און דאס איז איינע פון די מידות וואס אידישע קינדער פארמאגן (עיין יבמות עט.).


אבער נישט דאס זאל דיר מאכן זאלסט נישט רעדן צום אייבערשטן; אדרבה, זאג ארויס פאר'ן אייבערשטן פארשעמטערהייט: "הייליגער באשעפער, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות", דורכדעם וועט אראפ גיין פון דיר אלע דינים. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת בא, דף מא.) אז א מענטש זאל דערציילן אלע זיינע שלעכטע מעשים וואס ער האט געטון פאר'ן אייבערשטן אפילו דער אייבערשטער ווייסט אלעס, זעט אלעס און ווייסט וואס גייט זיין. לכאורה, פארוואס פעלט אויס צו דערציילן אלע נישט גוטע מעשים וואס מען טוט אז דער אייבערשטער ווייסט אלעס? זאגט דער זוהר הקדוש, ווייל דער שטן שטייט און איז מקטרג אויף דעם מענטש, ער דערציילט פארן אייבערשטן אלע שלעכטע זאכן וואס דער מענטש טוט. איז אויב קומט דער מענטש פאר דעם און זאגט אויס פארן אייבערשטן וואס ער האט געטון, דאן קען דער שטן מער נישט קומען מקטרג זיין, "וְעַל דָּא, אִצְטְרִיךְ לֵיהּ לְבַר נָשׁ לְאַקְדְּמָא וּלְפָרֵט חֶטְאוֹי", דעריבער פאר מען גייט שלאפן זאל מען דערציילן אלעס פארן אייבערשטן, אזוי קען דער שטן מער נישט מקטרג זיין.


דערצייל פארן אייבערשטן אלע דיינע מעשים, בעט אים ער זאל דיר אפהיטן און העלפן זיך מתגבר זיין אויפן יצר הרע, און זאג אים צו אז מארגן וועסטו שוין זיין גוט; דאס וועט דיר העלפן דו זאלסט זיך קענען אומקערן צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו אמת'ע תשובה.

#87 - ווי אזוי פאררעכט איך די עבירות פון די יונגע יארן?
תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל מוז איך געבן א גרויסן יישר כח פאר די אלע געוואלדיגע דרשות און שיעורים וואס געבן מיר אסאך חיזוק און חכמת החיים אין אלע הינזיכטן, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך וויל פרעגן א שאלה וואס באדערט מיר שוין לאנג. איך האב שוין חתונה געהאט פאר איבער צוואנציג יאר, איך האב ב"ה א חשובע אשת חיל און א שטוב מיט קינדער, געלויבט איז דער אייבערשטער אויף אלע זיינע חסדים.


למעשה האב איך אבער נישט קיין מנוחה אויף מיינע יונגע יארן, ווען איך בין ליידער דורכגעפאלן מיט פארשידענע עבירות, ספעציעל אין פגם הברית רחמנא ליצלן. איך שפיר אז איך דארף א ריכטיגע הדרכה ווי אזוי תשובה צו טון אויף יענע יארן.


איך בין געווען יונג, מיין שכל איז נאכנישט געווען גענוג רייף צו פארשטיין די הארבקייט פון די אלע עבירות, און יעצט וויל איך אמת'דיג תשובה טון. איך וויל זייער שטארק בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו געבן א קלארע וועג ווי אזוי פטור צו ווערן פון די אלע חטאות נעורים.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל, דער אייבערשטער זאל אייך ווייטער געבן כח או מח צו מזכה זיין את הרבים מיט אייערע שיעורים, און מפיץ זיין דעם רבינ'ס עצות אויף די גאנצע וועלט.


א פרייליכן פורים און שמחת תמיד.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


כאפ זיך אריבער קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון; דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון אין אומאן און זאגן דארט דעם תיקון הכללי - די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ] און געבן א פרוטה לצדקה לזכות רבינו נחמן בן פיגא, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות - האט דער רבי געזאגט – "וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית"; דערפאר אז דו ווילסט פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען אין דיינע יונגע יארן אין די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן זאלסטו זיך אריבערכאפן קיין אומאן צו זאגן דעם תיקון הכללי ביים רבינ'ס ציון און דו זאלסט זיך מתוודה זיין פארן אייבערשטן - אים דערציילן אלעס וואס דו האסט געטון, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס.


וויסן זאלסטו אז אויב מען טוט תשובה איז דער אייבערשטער מוחל; דער רמב"ם זאגט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): יעדע מצוה אין די תורה, סיי א מצות עשה סיי א מצות לא תעשה, אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, סיי בשוגג סיי במזיד; ווען מען טוט תשובה, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתודה? מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם", איך בעט דיר אייבערשטער, "חָטָאתִי, עָוִיתִי, פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ וְעָשִֹיתִי כָּךְ וָכָךְ", איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, "וַהֲרֵי נִחַמְתִּי", אבער איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, "וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי", איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון, "וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיךְ בְּעִנְיָן זֶה", ווער עס פארמערט זיך מתוודה צו זיין פארן אייבערשטן, "הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", דער איז געלויבט.


אז דו ווילסט פאררעכטן דיינע זינד פון דיינע יונגע יארן זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון און אים בעטן ער זאל דיר מוחל זיין.


ווען מען איז זיך מתודה, מען דערציילט פארן אייבערשטן וואס מען האט געטון - איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלעס וואס מען האט שלעכטס געטון, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי): דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתוודה אויף זיינע עבירות בין איך אים גלייך מוחל און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#86 - ס'קומט מיר נישט אונטער קיין בזיונות, ווי אזוי קען איך תשובה טון?
חתונה, תשובה, בזיונות, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן, איך גרייט זיך אויף מיין חתונה בשעה טובה ומצלחת, און איך וויל וויסן ווי אזוי איך קען תשובה טון אויף פגם הברית.


איך ווייס אז דער רבי זאגט אז יעדער קען תשובה טון, אבער למעשה וויל איך וויסן ווי אזוי מ'פאררעכט דאס. איך ווייס אויך אז דער רבי האט געזאגט אז דער עיקר תשובה איז אפצושווייגן אויף בזיונות, וואס זאל איך אבער טון אז ס'קומט מיר נישט אונטער קיין בזיונות?


אויך וויל איך וויסן, אזוי ווי איך זע אז אלס חתן בין איך ליידער אויך אראפגעפאלן, וויל איך וויסן צי ס'גייט זיך טאקע טוישן ביי מיר נאך די חתונה? ווייל איך זע בריוו פון אינגעלייט וואס זאגן אז זיי פאלן אויך אראפ.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


מזל טוב חתן! דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב.


דו דארפסט זיך זייער פרייען אז דו גייסט שוין צו דיין חתונה; דו ווייסט דאך אז פאר א חתן איז מען מוחל אלע עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יז, א; הובא ברש"י בראשית לו, ג): "שְׁלֹשָׁה מוֹחֲלִים לָהֶן עֲוֹנוֹתֵיהֶן - גֵּר שֶׁנִתְגַּיֵּר, וְהָעוֹלֶה לִגְדוּלָּה, וְהַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה", פאר די דריי מענטשן איז מען מוחל זייערע עבירות, א גר וואס איז זיך מגייר, ווען איינער איז עולה לגדולה און א חתן וואס האט חתונה, אזוי ווי עס שטייט "מָחֲלַת" - שֶׁנִּמְחֲלוּ עֲוֹנוֹתָיו.


יעצט ווען דו גייסט חתונה האבן גייסטו אנהייבן א נייע בלעטל אין לעבן; דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", און דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", אז מרקדים איז טייטש 'טאנצן און שפרינגען'; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פון דאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


איך בעט דיר טייערער חתן, שלעפ נישט מיט מיט דיר דיין גאנץ לעבן דיינע אלטע חטאים. וואס איז געווען איז געווען, יעצט הייבט זיך אן אלעס פונדאסניי; איך ווייס אז דער יצר הרע פארגינט דיר נישט אז דו גייסט חתונה האבן און דו גייסט ווערן הייליג און ריין, דערפאר ברענגט ער דיר אריין כל מיני פראגעס און ער צעברעכט דיר מיטן מאכן טראכטן אז דו וועסט אייביג אראפ פאלן וכו'.


בעט איך דיר חתן, פארגעס וואס איז געווען און הייב אן מיט א נייע התחלה; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "'ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה', ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז אדורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פונדאסניי".


מאך זיך א שיעור אין משניות, דאס וועט דיר אויסוואשן פון דיינע חטאים; אפילו דו פארשטייסט נישט אין אנהייב וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער, ווייל ווער עס זינדיגט אין די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן ווער אים פאר'תם'ט די קאפ אז ער קען זיך שוין נישט קאנצעטרירן און פארשטיין וואס ער לערנט. זאלסט זאגן אסאך משניות וועסטו זיך אינגאנצן אפוואשן פון דיין עבר און דו וועסט זיין אפגעהיטן אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צו דיין חתונה מיט מזל און ברכה.

#85 - ס'איז שובבי"ם, ווי אזוי קען איך זיך פאררעכטן?
אומאן, לימוד התורה, תשובה, שובבי"ם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין דורכגעגאנגען זייער א שווערער עבר, איך בין ליידער דורכגעפאלן מיט גאר הארבע עבירות, אפילו אויף איסורי כריתות רחמנא ליצלן, און ב"ה אז מיט אסאך תפלות און אסאך הילף האב איך זוכה געווען ארויסצוקריכן פון די בלאטע, און ווערן א ריינער ערליכער איד.


אזוי ווי מ'האלט יעצט אין די טעג פון שובבי"ם, וויל איך וויסן אויב ס'איז דא א וועג פאר מיר מתקן צו זיין דעם שווארצן עבר, אינגאנצן אפצומעקן די אלע שלעכטע עבירות. איך בין גרייט צו טון אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר שרייבן, אפילו צו פארן קיין אומאן זאגן תיקון הכללי, זאגן משניות, אדער סיי וואס, אויסער צו פאסטן וואס אויף דעם האב איך נישט קיין כח; אבער איך וויל וויסן אויף זיכער מיט א קלארקייט אז נאכדעם וואס איך האב געטון די אלע זאכן, האב איך מיט דעם שוין אלעס פארראכטן, און ס'איז נישט געבליבן מער קיין זכר פון מיינע שלעכטע מעשים פון אמאל.


יישר כח פאר אלעס, און ספעציעל פאר די אלע בריוו, וואס העלפן אזויפיל טויזנטער אידן איבער די וועלט, יעדער מיט זיינע שוועריקייטן.


לוי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד לוי נרו יאיר.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט אפגעלאזט אלע שלעכטע מעשים און זוכה געווען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א שמחה דו האסט גורם געווען אויבן אין הימל מיט דעם וואס דו האסט אפגעלאזט דיינע שלעכטע מעשים; אליהו הנביא זאגט (תנא דבי אליהו רבא, פרק לא): "מֵעִיד אֲנִי עָלַי שָׁמַיִם וָאָרֶץ", די הימל און ערד זענען מיינע עדות, "שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה לָהֶן לְיִשְׂרָאֵל יוֹתֵר מִמַּה שֶׁמְּצַפֶּה הָאָב לִבְנוֹ וְהָאִשָּׁה לְבַעֲלָהּ שֶׁיַּעֲשׂוּ תְּשׁוּבָה", אז דער אייבערשטער ווארט אז אידישע קינדער זאלן זיך צוריק קערן צו אים אסאך מער ווי א טאטע ווארט צו זען זיינע קינדער און אסאך מער ווי א פרוי ווארט אויף איר מאן; עס איז נישט דא קיין גרעסערע תענוג און נחת רוח ביים אייבערשטן ווי ווען א איד טוט תשובה, דער אייבערשטער איז אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


דו שרייבסט אז דו ביסט גרייט צו טון אלעס אויף דער וועלט אפצומעקן דיינע זינד, חוץ איין זאך האסטו נישט קיין כח - צו פאסטן; זאלסטו וויסן אז דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תצא): "ווער עס ווייסט פון מיר - וואס דארף ער פאסטן, און ווער עס ווייסט נישט פון מיר - וואס העלפט אים פאסטן"; אז מען ווייסט פון די עצות פון הייליגן רבי'ן דארף מען נישט טון קיין שווערע עבודות צו מתקן זיין די פגמים, נאר מען קען אלעס פאררעכטן מיט די זיסע עצה פון רעדן צום אייבערשטן און דערציילן אלעס פאר'ן אייבערשטן. דער רבי האט בפירוש געזאגט אז ווען ער וואלט ווען געוואוסט אין זיינע יונגע יארן צו וואס מען קען צוקומען אז מען רעדט צום אייבערשטן, וואלט ער זיך נישט אזוי געמוטשעט מיט שווערע עבודות, ער וואלט נאר עוסק געווען אין התבודדות; דערפאר זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין שפראך וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו רעדן. זאלסט אים אלעס דערציילן, אלעס וואס דו האסט אפגעטון און דיינע יונגע יארן, און אים בעטן ער זאל דאס אלעס אפמעקן - וועט אלעס ווערן אפגעמעקט.


אוודאי און אוודאי זאלסטו זיך אריבער כאפן צום רבינ'ס ציון אין אומאן; דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה): ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דארט דעם תיקון הכללי - די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות, "וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט, אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית"; דערפאר אז דו ווילסט פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען זאלסטו זיך אריבערכאפן קיין אומאן, וואו דו זאלסט זאגן דעם תיקון הכללי און זיך מתוודה זיין פארן אייבערשטן, דורכדעם וועסטו זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן.


מאך זיך א שיעור אין משניות, און אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער אן פארשטיין. דאס וועט אראפ נעמען פון דיר אלע פלעקן און דו וועסט באקומען א נייע נשמה, אזוי ווי דער הייליגער אריז"ל זאגט (טעמי המצוות, פרשת ואתחנן, עמ' צב) אז מִשְׁנָה איז די אותיות נְשָׁמָה.


אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג גמרא; דאס וועט אפמעקן פון דיר אלע דיינע עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן )ירושלמי ראש השנה, פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", דער אייבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער: "אז איר נעמט אן צו לערנען די הייליגע תורה וועל איך נישט רעכענען אייערע עבירות, איך וועל קוקן אויף אייך כאילו איר האט קיינמאל נישט געזינדיגט פאר מיר".


אז דו וועסט דאס אלעס מקיים זיין קענסטו זיין זיכער מיט א קלארקייט אז דו האסט אלעס פארראכטן.

#84 - ווי אזוי קען א פרוי אפוואשן די נשמה פון שמוציגע פלעקן?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תשובה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ווען א מענטש טוט עבירות, אפילו ער טוט תשובה, בלייבט נאך איבער שלעכטע זאכן אין אים פון די עבירות, אזוי ווי ווען א מענטש הערט אויף רויכערען, בלייבט נאך איבער די סימנים אויף זיינע לונגען. און דער ראש ישיבה שליט"א האט דארט געזאגט אז די איינציגסטע עצה צו רייניגן די נשמה אינגאנצן איז נאר דורכ'ן לערנען תורה.


איז מיין שאלה וואס קען א פרוי טון אפצואוואשן די פלעקן פון די נשמה? א פרוי לערנט דאך נישט קיין תורה?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תשובה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "רַבִּי מֵאִיר אוֹמֵר: גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה - שֶׁבִּשְׁבִיל יָחִיד שֶׁעָשָֹה תְּשׁוּבָה מוֹחֲלִין לְכָל הָעוֹלָם כּוּלוֹ", תשובה איז אזוי גרויס, אז ווען א מענטש טוט תשובה איז מען מוחל פאר אים און פאר די גאנצע וועלט.


ווען א מענטש זאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, זיי מיר מוחל אויף מיינע שלעכטע מעשים. זיי מיר מוחל אויף ... וואס איך האב געטון; איך זאג דיר צו אז איך גיי עס מער נישט טון. איך האב עס נישט געטון פון מיין אייגענע ווילן, נאר איך האב אזא גרויסער יצר הרע וואס ברענט אין מיר, און ווארפט מיר אראפ אין עקלדיגע מעשים. טאטע זיסער, האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר אז איך זאל נישט טון קיין נארישקייטן, העלף מיר אז איך זאל זיין פרייליך און נישט נאכלויפן קיין שלעכטע מעשים", איז מען אים מוחל און מען איז מוחל פאר יעדן איינעם.


אזוי זאלט איר רעדן צום אייבערשטן; איר זאלט אים דערציילן אלעס וואס איז אריבער אויף אייך.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך; אז עס רעדט זיך בעסער אין אידיש זאל מען רעדן צום אייבערשטן אין אידיש, אז עס רעדט זיך בעסער אין ענגליש זאל מען רעדן אין ענגליש - יעדער איינער אויף זיין שפראך, איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלעס.


ווי מער א מענטש רעדט צום אייבערשטן ווערט ביי אים שטערקער זיין אמונה, און איינמאל אז מען האט אמונה איז מען זוכה אז דער אייבערשטער איז מוחל אויף אלע עבירות. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", אז מען האט אמונה איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות.


ביי פרויען איז נישט שייך לימוד התורה, ווייל א פרוי איז פטור פון לערנען תורה, וואס איז יא שייך ביי פרויען? אויפציען ערליכע דורות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה פרעגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין?" די פרויען לערנען דאך נישט קיין תורה, אויף וואס גייען זיי באקומען שכר? ענטפערט די גמרא: "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא, וּבְאַתְנוּיֵי גַבְרַיְיהוּ בֵּי רַבָּנָן, וְנָטְרָין לְגַבְרַיְיהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנָן", מיט דעם וואס זיי טראגן די קינדער אין חדר און מיט דעם וואס זיי ווארטן אפ זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים פון לערנען די הייליגע תורה אויף דעם וועלן זיי באקומען שכר; א פרוי וואס ציט אויף אירע קינדער לתורה ולמעשים טובים איז דאס אזוי ווי זי אליינס לערנט און דאס איז איר זכות.


דערפאר, אז איר ווילט פאררעכטן אייערע מעשים, זאלט איר מחנך זיין אייערע קינדער לתורה ולמעשים טובים.

#83 - אויף וועלכע עבירות העלפט דער "תיקון הכללי"?
תשובה, תיקון הכללי, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן אויב די "תיקון הכללי" איז נאר פאר מקרה לילה רחמנא ליצלן, אדער איז דאס אויך א תיקון פאר אנדערע עבירות, ווי למשל חילול שבת, גניבה, שקר, און אזוי ווייטער.


יישר כח, שלמה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד שלמה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בשעת דער רבי האט מגלה געווען די 'תיקון הכללי' האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל צדיקים זענען אוועק פון דער וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון".


א מענטש וואס וויל פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען זאל זאגן דעם "תיקון הכללי" - די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען [קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ], דאס איז א תיקון אויף אלע עבירות בכלליות; יעדע עבירה האט זיין ספעציעלע תיקון ווי אזוי מען איז דאס מתקן אבער דער תיקון הכללי איז כלול פון אלע תיקונים.


דער רבי האט געזאגט (שם): "צען קאפיטל תהילים צו זאגן איז נישט קיין שווערע זאך, דאך, וויבאלד איך האב דאס געהייסן זאגן וועט דאס אנקומען זייער שווער צו זאגן"; ובעוונותינו הרבים איז עס מקיום געווארן אז רוב וועלט זאגט דאס נישט צוליב די מחלוקת וואס עס איז דא אויפן רבי'ן, עיין שם.


דו פרעגסט צי 'תיקון הכללי העלפט אויף חילול שבת, גניבה וכו'?' דו כאפסט צוזאמען עבירות שבין אדם למקום און עבירות שבין אדם לחבירו; אויף עבירות וואס עס איז צווישן דעם מענטש מיטן אייבערשטן - אויף דעם העלפט תיקון הכללי, אבער ווען איינער טוט איינעם וויי, מען גנב'ט, אדער מען בארגט געלט און מען צאלט נישט צוריק אויף דעם העלפט נישט קיין תשובה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פה:): "עֲבֵירוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵירוֹ אֵין יוֹם כִּפּוּרִים מְכַפֵּר עַד שֶׁיְרַצֶה אֶת חֲבֵירוֹ", עס וועט גארנישט נוצן ביז ווי לאנג מען פאררעכט וואס מען האט געטון און מען טוט תשובה; סיי מען בעט מחילה און מען דארף באצאלן די גניבה וכו'.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#82 - ווי אזוי קען מען זיך ארויסדרייען פון עבירות איינמאל פאר אלעמאל?
התחזקות, לימוד התורה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין יעצט א אינגערמאן אין כולל, שוין פון אלס יונג בחור האב איך אלעמאל געהאט נסיונות אין שמירת עינים, וויפיל איך האב פרובירט זיך צו שטארקן און זיך מתגבר זיין האט עס נישט אנגעהאלטן פאר צו לאנג.


יעצט שטיי איך שוין היבש אפאר יאר נאך די חתונה, און איך קען זיך נאכאלץ נישט ארויסדרייען, איך בין שוין ליידער דורכגעפאלן מיט די הארבסטע. יעדעס מאל ס'געשעט זאג איך צו פאר'ן אייבערשטן אז איך גיי עס נישט טון נאכאמאל, אבער ס'האלט נישט אן פאר צו לאנג.


קיינער ווייסט נישט וואס גייט פאר מיט מיר, און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וויל זיך שוין ארויסזען פון מיינע פראבלעמען איינמאל פאר אלעמאל, נישט נאר פאר א וואך צוויי.


ביטע העלפט מיר, יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תשובה; ווען א מענטש טוט תשובה, ער וויינט זיך אויס צום אייבערשטן און ער זאגט: "רבונו של עולם, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות, איך הייב אן פונדאסניי", ער רעכנט אויס בפרטי פרטיות וואס ער האט געזינדיגט – "אֵינוֹ זָז מִשָׁם עַד שֶׁמוֹחֲלִין לּוֹ", איז מען אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


אבער מען דארף וויסן אז ווען מען טוט תשובה טאר דאס נישט זיין מיט קיין תנאים, צום ביישפיל ווי דו שרייבסט אז דו ווילסט תשובה טון און זיך ארויס זען פון דיינע עבירות "איינמאל פאר אלע מאל, נישט פאר א וואך צוויי"; עס איז כדאי דו זאלסט לערנען אין ליקוטי הלכות (הלכות תרומות ומעשרות הלכה ג, אות ג) וואו רבי נתן שרייבט מורא'דיגע דיבורים: "כִּי עִקַּר הַתְּשׁוּבָה הוּא לֵב נִשְׁבָּר, וּמֵאַחַר שֶׁאָדָם יוֹדֵעַ שֶׁפָּגַם כָּל כָּךְ הוּא מְחֻיָּב לִהְיוֹת מְרֻצֶּה שֶׁיַּעֲשֶׂה מַה שֶּׁיַּעֲשֶׂה בִּשְׁבִיל ה' יִתְבָּרַךְ, וְאַף עַל פִּי כֵן לֹא יִזְכֶּה כִּי אִם לְמַדְרֵגָה הַפְּחוּתָה מְאֹד", א מענטש דארף זיין גרייט תשובה צו טון און דינען דעם אייבערשטן אפילו ער וועט נישט קענען אנקומען צו שלימות, "וְאִם לֹא יִזְכֶּה עַל יְדֵי כָּל עֲבוֹדָתוֹ כִּי אִם לְמַעֵט עָנְשׁוֹ בַּגֵּיהִנֹּם קְצָת גַּם כֵּן כְּדַאי לְבַלּוֹת כָּל יָמָיו בַּעֲבוֹדַת ה' בִּשְׁבִיל זֶה לְבַד", און אפילו ער וועט נאר קענען אראפ נעמען פון זיך איין קליינע ברי פון גיהנום איז נאכאלץ כדאי צו דינען דעם אייבערשטן זיין גאנץ לעבן, "כִּי צַעַר אֶחָד בַּגֵּיהִנֹּם רֶגַע אַחַת עוֹלֶה יוֹתֵר מִכָּל הָעוֹלָם הַזֶּה כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל איין ברי אין גיהנום איז מער ווייטאגליך פון אלע ווייטאג פון די וועלט.


רבי נתן זאגט אז דאס איז דער סיבה פארוואס מענטשן דינען נישט דעם אייבערשטן, ווייל זיי ווילן נאר דינען דעם אייבערשטן אויב וועלן זיי זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק. און דאס איז געווען די סיבה פארוואס ירבעם בן נבט איז אוועק געפאלן; ווען דער אייבערשטער האט אים געזאגט: "חֲזֹר בְּךָ וַאֲנִי וְאַתָּה וּבֶן יִשַׁי נְטַיֵּל בְּגַן עֵדֶן", טו תשובה און איך, דו און דוד המלך וועלן מיר צוזאמען שפאצירן אין 'גן עדן', האט ער געפרעגט דעם אייבערשטן: "מִי בָּרֹאשׁ?" ווער וועט זיין דער ערשטער - איך צי דוד המלך? האט אים דער אייבערשטער געענטפערט: "בֶּן יִשַׁי בָּרֹאשׁ!" דוד המלך וועט זיין בראש, האט ער נישט געוואלט תשובה טון. פרעגט רבי נתן: "וְלִכְאוֹרָה הַדָּבָר תָּמוּהַּ, כִּי הֲלֹא יָרָבְעָם הָיָה חָכָם גָּדוֹל. וְאֵיךְ יַעֲלֶה עַל דַּעְתּוֹ לִשְׁאֹל אֶת ה' יִתְבָּרַךְ מִי בָּרֹאשׁ", עס איז זייער שווער צו פארשטיין, ירבעם בן נבט איז דאך געווען א גרויסער חכם, ווי קומט צו אים צו פרעגן אזא שאלה: "ווער וועט זיין בראש"? אודאי וועט דוד המלך זיין דער ערשטער, "וְכִי יִהְיֶה חוֹטֵא נִשְׂכָּר, הֲיַעֲלֶה עַל הַדַּעַת שֶׁאַחַר שֶׁהִרְשִׁיעַ כָּל כָּךְ יִהְיֶה גָּדוֹל יוֹתֵר מִדָּוִד הַמֶּלֶךְ עָלָיו הַשָּׁלוֹם, שֶׁעָבַד אֶת ה' יִתְבָּרַךְ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה מְאֹד מְאֹד כָּל יָמָיו?!" ווייל ווי קען מעגליך זיין אז א מענטש וואס האט זיין גאנץ לעבן געזינדיגט זאל זיין העכער פון א צדיק וואס האט זיך א גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פארן אייבערשטן? ענטפערט דער הייליגער רבי נתן אז דער פשט איז אזוי, ווען דער אייבערשטער איז געקומען צו ירבעם בן נבט ער זאל תשובה טון איז ער תיכף געווארן זייער צופלאמט און געוואלט וויסן צי ער וועט קענען צוקומען צו די גרעסטע מדריגה, אזוי ווייט אז ער זאל נאך זיין גרעסער פון דוד המלך, "נִמְצָא שֶׁלֹּא דִּבֵּר שְׁטוּת גָּמוּר כִּי לֹא עָלָה עַל דַּעְתּוֹ שֶׁיִּהְיֶה בְּחִנָּם גָּבֹהַּ מִדָּוִד", ער האט נישט געמיינט צו פרעגן צי ער וועט זיין אומזינסט העכער פון דוד המלך, "רַק שֶׁשְּׁאֵלָתוֹ הָיָה שֶׁהָיָה רוֹצֶה לַעֲבֹד אֶת ה' יִתְבָּרַךְ כָּל כָּךְ עַד שֶׁיַּעֲלֶה בְּמַדְרֵגָה יוֹתֵר מִדָּוִד", נאר ער האט געוואלט וויסן אז אויב ער וועט תשובה טון און דינען דעם אייבערשטן צי ער קען נאך זוכה זיין צו קומען צו די גרעסטע מדריגה, "וְזֶהוּ בְּוַדַּאי אֶפְשָׁר וְאֶפְשָׁר", און דאס איז זיכער מעגליך, "כִּי כָּל אָדָם אֲפִלּוּ פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל יָכוֹל לַעֲלוֹת לְמַדְרֵגוֹת גְּבוֹהוֹת מְאֹד", ווייל אפילו א מענטש וואס האט זייער אסאך געזינדיגט, ער איז נעבעך א פושעי ישראל, אויב טוט ער תשובה קען ער זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִין אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִים יְכוֹלִין לַעֲמֹד", א בעל תשובה קומט אן אויף א העכערע פלאץ אויבן אין הימל ווי די צדיקים; מיט דעם אלעם האט ער נישט געטון ריכטיג, ווייל מען קען נישט אנהענגען די תשובה אין דעם 'נאר אז מען קען נאך זוכה זיין וכו'', דעריבער האט אים דער אייבערשטער געענטפערט פארקערט ווי ער האט געוואלט הערן, אז דוד המלך וועט זיין העכער פון אים, "כִּי הוּא מְחֻיָּב לִהְיוֹת מְרֻצֶּה לָשׁוּב אֲפִלּוּ אִם לֹא יִזְכֶּה רַק לְמַדְרֵגָה קְטַנָּה מְאֹד", ווייל מען דארף זיין גרייט תשובה צו טון אפילו מען וועט זוכה זיין צו קומען צו א קליינע מדריגה, "וְאִם יִהְיֶה מְרֻצֶּה לְכָךְ בְּוַדַּאי ה' יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו", און אויב דער מענטש איז גרייט אויף דעם, ער וויל גארנישט נאר דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף אים, "וּבִרְבוֹת הַיָּמִים אִם יִהְיֶה חָזָק בְּדַעְתּוֹ לְבַל יַנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ, אֲפִלּוּ אִם יַעֲבֹר עָלָיו מָה, יוּכַל לִזְכּוֹת לַעֲלוֹת מִדַּרְגָּא לְדַרְגָּא וְלִקְנוֹת חַיֵּי עוֹלָם וְיִזְכֶּה לְמַה שֶּׁיִּזְכֶּה, אַשְׁרֵי לוֹ".


דערפאר זאלסטו זיך ווייטער שטארקן מיט שמירת עיניים; קוק נישט אויף דעם וואס דער יצר הרע ווארפט דיר נאכאמאל אראפ, דו פראביר זיך צו היטן אפילו פון איין קוק ווייניגער, און זאלסט שטענדיג געדענקען אז "א קוק ווייניגער איז א ברי ווייניגער".


זע צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט  - זאג די ווערטער פון די גמרא, דאס וועט דיר העלפן זיך מתגבר זיין אויף די קליפה וואס איז מכשיל דעם מענטש אין פגם הברית. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; אז דו וועסט זיין שטארק אין א דף גמרא יעדן טאג וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#81 - וויפיל דארף מען תשובה טון? וואס זענען מנהגים ביים זיך אריינציען אין א נייע דירה?
שלום בית, לימוד התורה, מנהגים, תשובה, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און בריוו, ספעציעל פאר די סארט בריוו וואס איז שווער צו ענטפערן ברבים, דאס געבט מיר פיל כח און חיזוק אנצוגיין אין לעבן, און איך נעם ארויס אסאך עצות פאר מיין פערזענליכן לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן אויב איינער איז דורכגעפאלן מיט אן עבירה, און ער האט שוין תשובה געטון און געזאגט תיקון הכללי, דארף ער נאך וויייטער האלטן אין איין תשובה טון אויף דעם? אדער זאל ער אינגאנצן אויפהערן טראכטן פון דעם, ווייל דער אייבערשטער האט אים שוין זיכער מוחל געווען.


אויך האב געוואלט וויסן אויב ס'איז דא אין ברסלב געוויסע מנהגים זיך צו פירן ווען מ'ציעט זיך אריין אין א נייע דירה.


א גרויסן יישר כח, יודל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יודל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


תשובה איז נישט א זאך וואס מען טוט איין מאל און געענדיגט, נאר מען דארף שטענדיג תשובה טון פונדאסניי. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו', אות ג): "וְצָרִיךְ לֶאֱחֹז תָּמִיד בְּמִדַּת הַתְּשׁוּבָה", מען דארף שטענדיג תשובה טון, אזוי ווי שלמה  המלך זאגט (משלי כ, ט): "מִי יֹאמַר זִכִּיתִי לִבִּי טָהַרְתִּי מֵחַטָּאתִי", ווער קען זאגן: "מיין הארץ איז ריין פון עבירות"? דערפאר דארף א מענטש שטענדיג תשובה טון; עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם תורה וועסטו זען דאס גרויסקייט פון א מענטש וואס לעבט זיין גאנץ לעבן מיט תשובה.


מיר קענען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תשובה; די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן אונז (ברכות לד:): "מָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִין אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִין יְכוֹלִין לַעֲמֹד בּוֹ", צדיקים קענען נישט אנקומען אזוי הויך ווי די מענטשן וואס טון תשובה קומען אן; נאך זאגן חז"ל (פסיקתא דרב כהנא): "גָדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה, שֶׁכֵּיוָן שֶׁאָדָם מְהַרְהֶר בְּלִבּוֹ לַעֲשֹוֹת תְּשׁוּבָה, מִיַּד הִיא עוֹלָה לֹא עַד עֲשָֹרָה יָמִים, וְלֹא עַד עֶשְֹרִים וְלֹא עַד מֵאָה, אֶלָּא עַד מַהֲלַךְ חֲמֵשׁ מֵאוֹת שְׁנַיִם; וְלֹא עַד רָקִיעַ רִאשׁוֹן וְשֵׁנִי, אֶלָּא שֶׁהִיא עוֹמֶדֶת לְפָנַי כִּסֵא הַכָּבוֹד", תשובה איז אזוי גרויס, אז ווי נאר א מענטש טראכט נאר פון תשובה - ער וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, קומט ער גלייך אן צום כסא הכבוד; דעריבער ציטערט דער ס"מ זייער שטארק פון א מענטש וואס טוט תשובה, ער ווייסט אז אפילו דער מענטש זאל האבן געטון וואס ער האט געטון, אויב זאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, חטאתי, איך האב געזינדיגט", און ער האט חרטה אויף זיינע מעשים נעמט אים דער אייבערשטער גלייך צוריק אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין במדבר רבה כ, טו): "בִּלְעָם הָיָה רָשָׁע עָרוּם, וְיוֹדֵעַ שֶׁכָּל מִי שֶׁחוֹטֵא וְאוֹמֵר חָטָאתִי, אֵין רְשׁוּת לַמַּלְאָךְ לִגַּע בּוֹ", ווען בלעם האט געזען ווי דער מלאך שטייט פאר אים מיט א שווערד און וויל אים הרג'ענען האט ער גלייך געזאגט: "חָטָאתִי", ווייל ער האט געוויסט דעם סוד אז ווער עס איז זיך מתודה און זאגט: "חָטָאתִי" קען אים קיינעם נישט שלעכטס טון, אפילו א מלאך קען אים נישט אנרירן, דעריבער האט ער גלייך ארויסגעזאגט דעם ווארט "חָטָאתִי", אז דער מלאך זאל אים נישט קענען שלעכטס טון.


וועגן דעם רעדט דער ס"מ איין דעם מענטש: "וואס דארפסטו תשובה טון?" "וואס האסטו אז דו וועסט תשובה טון?", אדער זאגט ער פארן מענטש: "דו האסט שוין תשובה געטון, עס פעלט נישט אויס נאכאמאל תשובה צו טון", אלעס נאר ווייל ער האט מורא אז דער מענטש וועט תשובה טון.


דעריבער זאלסטו זיך שטארקן און אנהייבן יעדן טאג פונדאסניי תשובה צו טון; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַתְחִיל בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", מען דארף שטענדיג אנהייבן פונדאסניי, נישט אלט ווערן און טראכטן איך האב שוין תשובה געטון.


דער רבי האט זייער משבח געווען דעם הייליגן רבי זושא זכותו יגן עלינו, דער רבי האט געזאגט אז דער רבי ר' זושא איז ארום געגאנגען צוויי און צוואנציג יאר ברציפות מיטן זעלבע ברען צום אייבערשטן; בדרך כלל ווען א מענטש הייבט אן דינען דעם אייבערשטן הייבט מען אן מיט א ברען און נאכדעם פאלט מען אראפ וכו' אבער דער הייליגער צדיק איז ארום געגאנגען מיטן זעלבן ברען פאר צוויי און צוואנציג יאר.


בנוגע וואס מען זאל טון ווען מען ציט זיך אריין אין א נייע דירה וכו'; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בית, סימן יג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לְהִכָּנֵס לְבַיִת לָדוּר בְּתוֹכוֹ, יאֹמַר הַתּוֹרָה כֻּלָּהּ, וְאַחַר כָּךְ יִכָּנֵס לָדוּר בְּתוֹכוֹ", ווער עס גייט וואוינען אין א נייע דירה - זאל זאגן די גאנצע תורה און נאכדעם זיך אריין ציען דארט; זע צו לערנען אין שטוב, גיי נישט ביינאכט אין שול, א אינגערמאן וואס וויל באמת לערנען דארף נישט קיין כולל, ער קען זיצן ביי זיך אין שטוב ביינאכט און צופרי לערנען זיינע שיעורים כסדרן (אינמיטן טאג איז נישט כדי צו זיצן אין שטוב), ביז א קורצע צייט קען מען מסיים זיין כל התורה כולה.


אז דו וועסט לערענען תורה אין שטוב וועסטו האבן הצלחה, שלום בית און נחת פון דיינע קינדער; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בית, סימן ט): "כָּל בַּיִת שֶׁנִּשְׁמָעִין בּוֹ דִּבְרֵי תוֹרָה, שׁוּב אֵינוֹ נֶחֱרַב", א הויז וואס מען הערט דארט א קול תורה וועט נישט חרוב ווערן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט נאר מאכן שמחות.

#80 - ווי אזוי פאררעכט מען מקרה לילה פון יום כיפור ביינאכט?
קדושה, תשובה, יום כיפור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך דארף טון אז איך בין דורכגעפאלן מיט מקרה לילה יום כיפור ביינאכט, כאטש וואס איך האב זיך געהיטן די מחשבה און די אויגן די לעצטע שטיק צייט, בין איך דורכגעפאלן ליידער דורך א שלעכטע חלום, נישט פון צופיל עסן וכדומה.


מיינט דאס אז עס קומט אויף מיר א שלעכט יאר? קען איך עפעס טון דאס צו פאררעכטן?


יישר כח, מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מאיר נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען טאר זיך נישט לאזן צעברעכן פון קיין שום זאך אויף די וועלט; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיז): "מַה שֶּׁמְּבַלְבֵּל אֶת הָאָדָם, כְּשֶׁנִּכְנָס לִקְדֻשָּׁה גְבוֹהָה כְּגוֹן כְּשֶׁמִּתְקָרֵב לְצַדִּיק הָאֱמֶת וְכַיּוֹצֵא אֲזַי דַּיְקָא יִקְרֶה לוֹ מִקְרֶה בִּלְתִּי טָהוֹר חַס וְשָׁלוֹם", דאס וואס פאסירט מיט א מענטש ווען ער ווערט מקורב צו די קדושה, אז דווקא דעמאלט פאלט ער דורך מיט מקרה לילה חס ושלום, "כְּבָר מְבֹאָר שֶׁכְּשֶׁהָאָדָם נִכְנָס לִקְדֻשָּׁה מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע בְּיוֹתֵר, כִּי כָל מַה שֶּׁנִּכְנָס בִּקְדֻשָּׁה יוֹתֵר יֵשׁ לוֹ בְכָל פַּעַם יֵצֶר הָרָע חָדָשׁ גָּדוֹל מִבַּתְּחִלָּה", דאס איז ווייל יעדעס מאל ווען דער מענטש וויל זיך ארויס רייסן פון די טומאה אנצוקומען צו די קדושה וועקט זיך אויף דער יצר הרע און וויל אים צוריק אריין שלעפן צו זיך; זאגט דער רבי: "וּבֶאֱמֶת הַבִּלְבּוּל הַזֶּה שְׁטוּת, כִּי מִמָּה נַפְשָׁךְ אִם יִקְרֶה לוֹ מֵחֲמַת הִרְהוּר, מִי חַיָּב בָּזֶה? וְאֵין לוֹ לְהִתְרַעֵם כְּלָל מֵאַחַר שֶׁהוּא בְּעַצְמוֹ גָּרַם לוֹ. וְאִם אֵינוֹ מֵחֲמַת הִרְהוּר, אֲזַי בְּוַדַּאי אֵינוֹ סִימָן רַע כְּלָל", דאס ווערן צעבראכן פון דעם איז א גרויסע נארישקייט, ווייל ממה נפשך, איז מען דורכגעפאלן אין מקרה לילה צוליב דעם וואס מען האט געטראכט שלעכטע געדאנקען, אויף וועם האט מען טענות? מען איז זיך אליינס שולדיג, ווידעראום אויב איז מען דורך געפאלן אן דעם וואס מען זאל טראכטן שלעכטס איז דאך דאס נישט קיין שלעכטע זאך, "כִּי אִם הָיָה עִנְיָן רַע לֹא הָיוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה נוֹתְנִין אוֹתוֹ לְסִימָן יָפֶה לְחוֹלֶה", ווייל אויב וואלט דאס געווען א שלעכטע זאך וואלטן די הייליגע חכמים נישט געזאגט אז א קרי איז א גוטע סימן פאר א חולה, אזוי ווי זיי זאגן (ברכות נז:): "קֶרִי סִימָן יָפֶה לְחוֹלֶה", א חולה וואס זעט א קרי איז א סימן אז ער וועט זיך אויסהיילן.


און באמת דאס וואס עס האט פאסירט מיט אים איז טאקע ווייל ער וויל ווערן ערליך און גוט, "וּבֶאֱמֶת אַדְּרַבָּא, מֵחֲמַת שֶׁנִּתְקָרֵב לִקְדֻשָּׁה גְבוֹהָה מְאֹד, מֵחֲמַת זֶה נִזְדַּמֵּן לוֹ", וויבאלד ער וויל זיך הייליגן און ווערן אן ערליכער איד, דייקא וועגן דעם פאסירט דאס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח.): "כִָּל הַמַּצְדִּיק אֶת עַצְמוֹ מִלְּמַטָּה, מַצְדִּיקִין עָלָיו הַדִּין מִלְּמַעְלָה", ווען א מענטש וויל ווערן א צדיק דעמאלט איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים, "וְעַל כֵּן אֵין לוֹ לְהִתְרַעֵם כְּלָל עַל זֶה, כִּי אַדְּרַבָּא, מֵחֲמַת שֶׁנִּכְנַס לִקְדֻשָּׁה גְבוֹהָה כָּזוֹ, מֵחֲמַת זֶה נִתְגָּרֶה בּוֹ הַיֵּצֶר הָרָע", דעריבער טאר מען נישט ווערן צעבראכן און געפאלן ביי זיך פון דעם, נאר אדרבה, מען דארף זיך שטארקן ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן און זיך נישט לאזן צעברעכן פונעם יצר הרע.


דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְעַל כֵּן חָשְׁבוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה, לְנֵס גָּדוֹל מַה שֶּׁלּא אֵרַע קֶרִי לְכֹהֵן גָּדוֹל בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן  (אבות ה, ה) אז איינע פון די ניסים וואס עס האט פאסירט צום כהן גדול אום יום כיפור איז געווען אז ער האט נישט געזען קיין קרי, "כִּי מֵחֲמַת שֶׁנִּכְנַס הַכֹּהֵן הַגָּדוֹל בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים לִקְדֻשָּׁה גְּבוֹהָה כָּזוֹ לִפְנַי וְלִפְנִים, הָיָה בְּוַדַּאי עָלָיו קִטְרוּגִים וְהִתְגָּרוּת הַרְבֵּה, שֶׁמִּשָּׁם נִמְשָׁךְ הַיֵּצֶר הָרָע כַּנַּ"ל, עַל כֵּן נֶחֱשָׁב לְנֵס מַה שֶּׁנִּצּוֹל הַכֹּהֵן הַגָּדוֹל מִמִּקְרֶה בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים", ווייל דער כהן גדול איז דאך צוגעקומען צו אזא גרויסע מדריגה אין יום כיפור, האט ער דאך זיכער געהאט אסאך מקטריגים וואס האבן אים געוואלט אראפ ווארפן, איז דאס געווען א גרויסע נס אז ער איז געבליבן ריין.


פירט דער רבי אויס: "וְעַתָּה רְאֵה וְהָבֵן, אֵיךְ יְבַלְבֵּל אֶת הָאָדָם עִנְיָן הַנַּ"ל, וְכִי יֵשׁ לוֹ לְהִתְרַעֵם עַל שֶׁלּא הָיָה לוֹ נֵס כְּמוֹ לַכּהֵן הַגָּדוֹל בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים?!" פארוואס זאל זיך א מענטש מבלבל זיין פון דעם וואס ער האט געזען א קרי יום כיפור? קען מען דען האבן טענות אז עס האט נישט פאסירט צו אים אזא נס וואס האט פאסירט צום כהן גדול?!


דערפאר זאלסטו זיך נישט דערשרעקן פון גארנישט, נאר שטארק דיר און זיי ממשיך מיט דיין עבודת השם; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, שם) אז אמאל איז דא אינעם מענטש א באהאלטענע טומאה וואס מען קען נישט פאררעכטן ווייל עס איז באהאלטן און פארשטעלט, איז דאס א טובה דאס וואס פאסירט מיט אים, ווייל אזוי גייט ארויס פון אים די באהאלטענע טומאה און דעמאלט קען מען דאס מתקן זיין און פאררעכטן.


שטארק דיר און לאז זיך נישט צעברעכן פון קיין שום זאך אויף די וועלט.

#79 - ווי אזוי נעם איך אראפ די קללה וואס קומט ווען די פרוי שערט נישט די האר?
חיזוק פאר פרויען, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט אין א בריוו וואס איר שרייבט אז א פרוי וואס שערט נישט די האר ברענגט א קללה אויף איר שטוב, וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען אראפנעמען די קללה פון מיין הויז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א מענטש וואס טוט תשובה; ווען מען טוט תשובה, מען הייבט אן גיין אויף די וועג פון די תורה דאן נעמט מען אראפ פון זיך אלע עונשים און אלע קללות. די אלע עונשים וואס שטייט אין די תורה איז ווען דער מענטש קערט זיך נישט צוריק צום אייבערשטן, אבער אז דער מענטש טוט תשובה נעמט ער אוועק פון זיך און פון די גאנצע וועלט אלע דינים. דעריבער אז איר וועט אכטונג געבן צו גיין בצניעות, איר וועט אראפ נעמען אייער האר, וועט איר אראפ נעמען פון אייער שטוב אלע קללות און איר וועט אריין ברענגען אין אייער שטוב דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער, וואס מען איז זוכה צו דעם דורך זיך פירן בצניעות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יומא מז.): "שִׁבְעָה בָּנִים הָיוּ לָהּ לְקִמְחִית", עס איז געווען א פרוי וואס האט געהייסן קמחית, זי האט געהאט זיבן קינדער, "וְכֻלָּן שִׁמְּשׁוּ בִּכְּהוּנָה גְדוֹלָה", און אלע זענען געווען כהנים גדולים אינעם בית המקדש. "אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים: מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּ? האבן די חכמים איר געפרעגט: וואס האסטו געטון אז דו האסט זוכה געווען צו דעם? האט זי געזאגט, "מִיָּמַי לֹא רָאוּ קוֹרוֹת בֵּיתִי קְלָעֵי שַׂעֲרִי", איך האב אכטונג געגעבן אז די ווענט און די דאך פון מיין הויז זאלן נישט זען מיין האר; זעט מען פון דעם אז ווען מען פירט זיך מיט צניעות האט מען נחת פון די קינדער.


אויך זאלט איר אכטונג געבן פון היינט און ווייטער אז אייערע קליידער זאלן זיין צניעות'דיג, איר זאלט נישט אנטון קליידער וואס זענען קורץ, טייט אדער אויסגעשניטן וכו'.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז א פרוי גייט אנגעטון צניעות'דיג, וועט זי זוכה זיין צו גוטע קינדער; ווער וויל נישט זוכה זיין צו גוטע קינדער?! איר זעט דאך וואס גייט פאר אין אונזער דור, וויפיל אידישע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, וויפיל בחורים און מיידלעך פאלן אוועק טאג טעגליך, דערפאר אז דער רבי געבט א עצה און א הבטחה: "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", דארפן מיר זיך דאך צוכאפן צו דעם און פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, וועלן מיר האבן ערליכע קינדער און שעפן נחת פון זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל מקוים ווערן ביי אייך (דברים כג, ו): "וַיַּהֲפֹךְ ה' אֱלֹקֶיךָ לְּךָ אֶת הַקְּלָלָה לִבְרָכָה, כִּי אֲהֵבְךָ ה' אֱלֹקֶיךָ.

#78 - וואס טוט מען ווען מ'איז אמאל א גלח און אמאל א מלאך?
תשובה, תפלות אויף אידיש, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין בטבע א מענטש וואס מ'רופט "אמאל א גלח און אמאל א מלאך", אסאך מאל פיל איך מורא'דיג דערהויבן, איך שפיר אז איך בין נאנט צום אייבערשטן, אבער אסאך מאל פיל איך זייער ווייט פונעם אייבערשטן.


געווענליך ווען אייבערשטער שפיר אמת'דיג דערהויבן, כאפ איך נאכדעם אזא שטארקע קלאפ אז איך פאל ממש אריין אין שאול תחתית, און דעמאלט טראכט איך אז אפשר לוינט זיך בכלל נישט צו זיין נאנט צום אייבערשטן אויב קומט נאכדעם אזא קלאפ, לא מדובשך ולא מעוקצך.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה וואס צו טון?


א גרויסן יישר כח


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ד אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם הייליגען רבינ'ס ספרים איז די עצה פאר דיר; דער רבי איז מחזק א מענטש אז מען זאל נישט ווערן צעפאלן ווען מען זעט זיך נאכאמאל אין די הענט פונעם יצר הרע, נאר מען זאל ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רסא): "כְּשֶׁנּוֹפֵל אָדָם מִמַּדְרֵגָתוֹ יֵדַע שֶׁמִּן הַשָּׁמַיִם הוּא", ווען א מענטש שפירט ווי ער פאלט אראפ פון זיין מדריגה זאל ער וויסן דאס איז פון הימל, "כִּי הִתְרַחֲקוּת תְּחִלַּת הִתְקָרְבוּת", ווייל דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז מקרב דעם מענטש צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נָפַל, שֶׁיִּתְעוֹרֵר יוֹתֵר לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דאס וואס מען שפירט זיך אראפגעפאלן איז נאר אז מען זאל זיך מער דערנענטערן צום אייבערשטן, "וַעֲצָתוֹ שֶׁיַּתְחִיל מֵחָדָשׁ לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת ה' כְּאִלּוּ לֹא הִתְחִיל עֲדַיִן כְּלָל מֵעוֹלָם", די עצה איז מען זאל אנהייבן דינען דעם אייבערשטן פונדאסניי כאילו מען האט נאך קיינמאל נישט עוסק געווען אין דעם, "וְזֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת ה' שֶׁצְּרִיכִין מַמָּשׁ בְּכָל יוֹם לְהַתְחִיל מֵחָדָשׁ", זיך כסדר באנייען איז א גרויסע יסוד אין עבודת השם, מען זאל שטענדיג אנהייבן פון פריש צו דינען דעם אייבערשטן, און ר' נתן פירט אויס: "וְעַיֵּן עִנְיָן זֶה עוֹד בְּכַמָּה מְקוֹמוֹת בְּסִפְרֵי רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, כַּמָּה צָרִיךְ הָאָדָם לְהִתְחַזֵּק בַּעֲבוֹדַת ה' וְלִבְלִי לִפֹּל מִשּׁוּם דָּבָר שֶׁבָּעוֹלָם, רַק לְהַתְחִיל בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", לערן דעם רבינ'ס ספרים וועסטו זען ווי סאך מען דארף ארבעטן אויף דער נקודה - זיך כסדר אויפצופרישן און זיך נישט לאזן צעברעכן פון קיין שום זאך אויף דער וועלט. עַיֵּן הֵיטֵב בְּעִנְיָן זֶה, וְיֶעֱרַב לְךָ לָעַד.


מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים וועסטו נישט ווערן צעפאלן פון גארנישט; אפילו דו וועסט שפירן ווייטער ווי דו האלסט אין איין אראפ פאלן וכו' וועסטו דאס נישט אנקוקן ווי א נפילה. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", מענטשן זענען זיך טועה, עס דאכט זיך זיי ווי זיי פאלן אראפ פון זייער עבודת השם, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ לַחֲזֹר וּלְהַכְנִיעַ וּלְשַׁבֵּר הַקְּלִיפּוֹת וְהַמְּנִיעוֹת וְכוּ' שֶׁבְּכָל מַדְרֵגָה וּמַדְרֵגָה מֵחָדָשׁ, אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל כַּנַּ"ל", דאס איז נאר ווייל מען דארף גיין העכער און העכער אין עבודות השם און כדי צו קענען גיין העכער דארף מען אראפ גיין, מען דארף זיך נאכאמאל שטארקן אויף אלע קליפות וואס דאס זענען די אלטע מעשים וואס מען האט געטון, דעריבער זעט דאס אויס ווי מען איז אראפ געפאלן, אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה.


דער עיקר זאלסטו זיך צוגעוואוינען זיך אויס צו רעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, הער נישט אויף אים צו בעטן: "באשעפער איך וויל זיין גוט"; הער נישט אויף צו זאגן: "טאטע איך וויל זיין אן ערליכער איד, עס איז מיר אזוי שווער, וויפיל איך פרוביר פאל איך צוריק". וויסן זאלסטו אז יעדעס ווארט וואס מען בעט דעם אייבערשטן גייט ארויף אויבן אין הימל. נאך מער שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קנ:) אז קיין איין גוטע ווילן ווערט נישט פארלוירן פונעם אייבערשטן; ווען א מענטש זעט אז ער איז נאך ווייט פון קדושה זאל ער בענקען און האפן צו זיין גוט, ווארטן און וועלן זיין ערליך, ביז ער וועט זוכה זיין צו זיין שטארק און דינען דעם אייבערשטן זיין גאנץ לעבן, איז דאך זיכער אז קיין איין תפילה ווערט נישט פארפאלן, עס נעמען זיך צוזאמען אלע גוטע ווערטער ביז מען איז זוכה אנצוקומען צו אלע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#77 - קען מען זינדיגן און זיך פארלאזן אויף אומאן? אויב קען מען תשובה טון, וועט דאך יעדער זינדיגן?
אומאן, ראש השנה, תשובה, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך פון אייך איבער די גרויסקייט פון פארן ראש השנה קיין אומאן, און וויפיל מוהרא"ש זי"ע האט אויך גערעדט פון דעם, איך פארשטיי אבער נישט עטליכע זאכן איבער דעם.


א. האט מוהרא"ש טאקע געמיינט צו זאגן אז א מענטש קען זינדיגן, און ווייל ער פארט קיין אומאן וועט ער נישט געשטראפט ווערן אויף דעם?


ב. איז דען דא א מענטש - סיי ווער ס'זאל נאר זיין - וואס קען צוזאגן א גוטע יאר אדער אנדערע גוטע זאכן?


ג. זענען דען נישטא קיין מענטשן וואס זענען געווען ראש השנה אין אומאן, און זיי האבן יא געהאט צרות יענע יאר?


ד. אויך זאגט איר אסאך אז ס'איז נישטא אזא זאך אז א איד זאל נישט קענען תשובה טון, ווי אזוי שטימט דאס מיט דעם וואס חז"ל זאגן "כל האומר אחטא ואשוב אין מספיקין בידו לעשות תשובה", אז איינער וואס זינדיגט און זאגט אז ער וועט שוין נאכדעם תשובה טון, קען ער נישט תשובה טון, זעט מען דאך אז ס'העלפט נישט קיין תשובה פאר אזא מענטש?


ה. ווען מ'זאגט אז יעדער קען תשובה טון, קען דאס דאך מאכן אז מענטשן - און ספעציעל בחורים - זאלן מיינען אז זיי קענען זינדיגן און זיי וועלן שוין שפעטער תשובה טון, אפשר טאקע וועגן דעם האבן חז"ל אונז געזאגט אז אויף אזא פאל העלפט נישט קיין תשובה?


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל דיר ענטפערן על ראשון ראשון, ועל אחרון אחרון.


א - וואס האט פארן קיין אומאן מיט גיין זינדיגן?! די מענטשן וואס קומען ראש השנה קיין אומאן פארן אהין זוכן א וועג ווי אזוי צו מתקן זיין וואס זיי האבן פוגם געווען.


דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט מיט א שטארקע הבטחה (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות, "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתיות".


עס זעט מיר אויס פון דיין שאלה אז דו ווייסט נישט וואס אומאן איז. ווער עס איז נאך נישט געווען אין אומאן ראש השנה, דער קען זיך נישט פארשטעלן וואס עס טוט זיך אפ ביים רבינ'ס ציון; דער ציון ווירבלט ווי א בינען נעסט, פיר און צוואנציג שעה איז דער ציון באלאגערט מיט טויזנטער אידן וואס וויינען און שרייען צום אייבערשטן.


די אנלויף ביים ציון הייבט זיך אן ערב ראש השנה, דעמאלט קומען אלע צום ציון וואו מען וויינט צום אייבערשטן ער זאל אונז אנשרייבן א גוט יאר און מיר זאלן שוין ארויס גיין פון אונזער גלות; טייכן טרערן ווערן פארגאסן ביים ציון שוין ערב ראש השנה, ממש אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שה): "אנדערע צדיקים וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא ראש השנה, ווי ביי מיר ערב ראש השנה"; יעדער איינער איז זיך מתוודה פארן אייבערשטן און מען נעמט זיך פאר צו זיין גוט דעם נייעם יאר. די געדרענג ביים ציון איז ממשיך ביתר שאת וביתר עוז במשך ראש השנה, רונדע דעם זייגער שטייען אידן און וויינען זיך אויס ביים ציון, מען זאגט די תיקון הכללי מיטן האפענונג אז מען וועט אלעס פאררעכטן; דעריבער פארשטיי איך נישט וואס דו שרייבסט מיר מיט אזא ברייטע שפראך כאילו מען פארט אויף אומאן פאר א צווייטע סיבה.


ב - דיין צווייטע שאלה איז שוין אביסל איבערגעטריבן, עס הערט זיך ווי דו האסט נישט באקומען קיין חינוך אויף אמונת צדיקים און עס איז אביסל חוצפה'דיג; אוודאי איז דא אזא זאך אז מען זאל צוזאגן פאר א מענטש א גוט יאר, די הייליגע חכמים זאגן (מועד קטן טז:) אויפן פסוק (שמואל-ב כג, ג): "אָמַר אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל, לִי דִבֶּר צוּר יִשְׂרָאֵל, מוֹשֵׁל בָּאָדָם, צַדִּיק מוֹשֵׁל יִרְאַת אֱלֹקִים", מַאי קָאָמַר? אָמַר רַבִּי אַבָּהוּ, הָכִי קָאָמַר: אָמַר אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל: לִי דִבֶּר צוּר יִשְׂרָאֵל, אֲנִי מוֹשֵׁל בָּאָדָם, מִי מוֹשֵׁל בִּי - צַדִּיק, שֶׁאֲנִי גוֹזֵר גְּזֵרָה וּמְבַטְּלָהּ", דער אייבערשטער מאכט גזירות און דער צדיק איז עס מבטל; א צדיק האט א כח אראפצונעמען גזירות פון מענטשן, און בענטשן אלעמען מיט אלעס גוטס.


ג - אויף דיין דריטע שאלה וויל איך דיר ענטפערן מיט א פראגע: "וואס טוסטו ווען דו שפירסט זיך נישט גוט? דו גייסט צום דאקטער; פארוואס גייסטו צום דאקטער? מען זעט דאך אמאל אז דער דאקטער היילט נישט אויס?!" אזוי אויך ווען עס ווארט פאר איינעם א שווערע משפט, "פארוואס זאל ער נעמען פאר גרויס געלט אן אדוואקאט וואס זאל אים פארטיידיגן, מען זעט דאך אסאך מאל אז אפילו מיט א לויער קומט מען אן אין תפיסה?" דאס איז ביי א דאקטער און א לויער וואס קענען טאקע נישט העלפן, דאך פראבירט א מענטש צו טון אלעס אויף דער וועלט זיך צו קענען ראטעווען, כל שכן ווען עס ווארט אויף אונז אלע א גרויסן משפט, וואס: "וְכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן, כְּבַקָּרַת רוֹעֶה עֶדְרוֹ, מַעֲבִיר צֹאנוֹ תַּחַת שִׁבְטוֹ, כֵּן תַּעֲבִיר וְתִסְפֹּר וְתִמְנֶה וְתִפְקֹד נֶפֶשׁ כָּל חָי, וְתַחְתֹּךְ קִצְבָה לְכָל בְּרִיּוֹתֶיךָ, וְתִכְתֹּב אֶת גְּזַר דִּינָם" - דארף דאך א מענטש טון אלעס אויף דער וועלט צו באקומען א גוטער לויער וואס וועט אים פארטיידיגן און העלפן ניצול ווערן פון די שלעכטע גזירות.


ראש השנה גייט מען אונז אלע משפט'ן: "מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת, מִי בָּאֵשׁ, וּמִי בַּמַּיִם"; אלע טראגעדיעס וואס מען הערט במשך דעם יאר השם ישמרינו - ווערט אנגעשריבן ראש השנה. יעדן טאג ווערן אוועקגעריסן יונגע מענטשן - מענער און פרויען; יונגע קינדער בלייבן נעבעך אן עלטערן ה' ירחם; אלע שפיטעלער זענען לא עלינו פול מיט אידישע קינדער; יעצט לאמיר דיר פרעגן, אז עס איז פארהאן א צדיק וואס האט צוגעזאגט אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם העלפן און ער קען אונז אלע מתקן זיין; אזוי ווי ר' נתן שרייבט - וואס דער רבי האט אים געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תז): "אָמַר, שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן – נו וואס איז בכלל די פראגע? מען הייבט זיך אויף און מען פארט צום רבי'ן.


ד - עס איז נישט דא קיין עבירה וואס מען זאל נישט קענען תשובה טון דערויף. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נח, ח): "אֵין מַכָּה בָעוֹלָם שֶׁאֵין לָהּ רְפוּאָה", עס איז נישט דא קיין מכה וואס עס זאל נישט זיין אויף דעם א רפואה, "רְפוּאָתוֹ שֶׁל יֵצֶר הָרַע - תְּשׁוּבָה", דער רפואה אויפן יצר הרע איז תשובה; נאך זאגן חז"ל (תנחומא הישן וירא, סימן טז): "שֶׁאִם בְּיַד אָדָם כַּמָּה עֲוֹנוֹת וְהוּא שָׁב לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, הוּא מַעֲלֶה עָלָיו כְּאִילוּ לֹא חָטָא", אז א מענטש האט אסאך געזינדיגט און ער טוט תשובה, רעכענט אים דער אייבערשטער כאילו ער האט נישט געזינדיגט; אויף אלעמען קען מען תשובה טון, איי דאס וואס חז"ל זאגן (יומא פה:): "הָאוֹמֵר, אֶחֱטָא וְאָשׁוּב, אֶחֱטָא וְאָשׁוּב, אֵין מַסְפִּיקִין בְּיָדוֹ לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה"? דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען קען נישט תשובה טון, נאר "אֵין מַסְפִּיקִין" איז טייטש אז עס וועט אים זיין שווערער תשובה צו טון, ווייל ער איז שוין צוגעוואוינט צו זינדיגן און עס זעט אים אויס ווי א היתר, ער מיינט עס איז א שפיל; אבער אז א מענטש איז מחליט: 'עד כאן! פון יעצט וועל איך זיין אן ערליכער איד, איך לאז אפ אלע מיינע שלעכטע מעשים', ווערט זיכער אנגענומען זיין תשובה.


ה - ווען מען ווייזט פארן מענטש דאס רחמנות וואס דער אייבערשטער האט אויף אונז, ווי דער אייבערשטער שטייט און ווארט מיר זאלן תשובה טון און זיך צוריק קערן צו אים, דאס מאכט מען זאל אנהייבן פונדאסניי און דאס געבט א חשק פארן מענטש זיך צו שטארקן אויף זיינע נסיונות. דער סיבה פארוואס מענטשן פאלן אראפ אין עבירות איז נישט ווייל זיי טראכטן: 'מיר וועלן שוין תשובה טון', נאר ווייל זיי טראכטן: 'מיר זענען שוין סיי ווי פארפאלן, מיר גייען שוין סיי ווי אין גיהנום' - דאס איז דער סיבה פארוואס מען טוט עבירות. הלוואי זאלן מענטשן געדענקען און טראכטן שטענדיג אז מען קען תשובה טון, דאן וואלט קיינער נישט געגאנגען טון עבירות, מען וואלט נאר עוסק געווען אין תשובה.


היוצא מדברינו: ווער עס וויל רחמנות האבן אויף זיין נפש, רוח און נשמה, ער וויל פאררעכטן זיינע מעשים - זאל קומען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון כאטשיג איין מאל אין לעבן; עס איז נאך נישט געווען א צדיק זייט די וועלט שטייט וואס זאל מבטיח זיין מיט אזא שטארקע הבטחה צו מתקן זיין יעדן איינעם - אזוי ווי דער הייליגער רבי. פארשטייט זיך אז דער ס"מ טוט זיינס, ער מאכט ליצנות פון רבי'ן, ער מאכט ליצנות פון אומאן און פון תיקון הכללי וכו' וכו'; אבער א מענטש מיט אביסל שכל מאכט זיך א פשוט'ער חשבון: 'עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס האט צוגעזאגט אז ער וועט א טובה טון פאר דעם וואס וועט קומען צו זיין ציון; עס קומט א נייע יאר, איך דארף ישועות, רפואות, פרנסה, נחת וכו' וכו', איך קוק נישט אויף קיינעם, איך אנטלויף צום הייליגן רבי'ן'.


אז דו וועסט האבן אמונת חכמים וועסטו האבן א גוט לעבן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#76 - קען מען זאגן תיקון הכללי גלייך נאך די עבירה?
אומאן, תשובה, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אז דער תיקון הכללי העלפט אויך אויפ'ן עובר זיין אויף פגם הברית במזיד רחמנא ליצלן. איך האב געוואלט פרעגן אויב מעג מען זאגן תיקון הכללי גלייך נאכ'ן עובר זיין רחמנא ליצלן, אדער איז דאס שוין חוצפה קעגן דעם אייבערשטן כביכול, אזוי ווי ס'שטייט אז מ'זאל נישט איבערבעטן בשעת כעסו נאר ווארטן אביסל.


אויך אויב קענט איר מיר שרייבן אביסל מער איבער די גרויסקייט פון תיקון הכללי.


א גרויסן יישר כח, ברוך

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ברוך נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט וועגן מזיד וכו'; מוהרא"ש זאגט אז עס איז נישט דא אזא זאך אז א איד זאל זינדיגן במזיד, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פט) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, ב): עֲבֵירָה גוֹרֶרֶת עֲבֵירָה – "כְּשֶׁאָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה חַס וְשָׁלוֹם, אֲזַי הָעֲבֵרָה גּוֹרֶרֶת אוֹתוֹ לַעֲבֹר עֲבֵירוֹת אֲחֵרוֹת וְכוּ'", ווען א מענטש זינדיגט חס ושלום, שלעפט אים די עבירה צו זינדיגן אין נאך אן עבירה וכו'; קומט אויס אז אויב מען האט איינמאל געזינדיגט בשוגג וועט דאס אים שוין שלעפן צו נאך עבירות - דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן דערפון, דעריבער - זאגט מוהרא"ש - איז נישט שייך צו זאגן אז א איד וואס זיין נשמה איז א חלק אלוקי ממעל זאל זינדיגן במזיד, נאר ער איז נכשל געווארן בשוגג אין אן עבירה, און דאס שלעפט אים נעבעך ווייטער און ווייטער צו טון נישט גוטע זאכן.


דערפאר דארפן מיר אוועק לייגן אונזער שכל אין פאלגן דעם רבי'ן, זיך צו געוואוינען צו זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים – דער "תיקון הכללי", אן קיין קאפ דרייעניש און אן קיין ספיקות. דער רבי האט צוגעזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צב) אז ווער עס וועט זאגן די צען קאפיטלעך – דער "תיקון הכללי" וועט פאררעכטן אלעס וואס ער האט פוגם געווען; דאס איז א תיקון אויף אלע סארט עבירות וואס האט צו טון מיט פגם הברית.


דער רבי האט געזאגט (שם; ובשיחות שאחר הסיפורי מעשיות): נאכדעם וואס מען זאגט די צען קאפיטלעך תהילים פון "תיקון הכללי" דארף מען מער נישט איבער טראכטן וואס מען האט געטון. דער עיקר תיקון הברית – האט דער רבי געזאגט – איז "נישט איבערטראכטן"; איינמאל מען האט געזאגט דעם תיקון הכללי זאל מען מער נישט איבער טראכטן וואס איז געווען, נאר אנהייבן מיט א נייע התחלה דינען דעם אייבערשטן, לערנען און דאווענען און טון מצוות.


ווער רעדט נאך אויב מען איז זוכה צו קומען צום רבינ'ס ציון אין אומאן און געבן א פרוטה לצדקה און דארטן זאגן דעם "תיקון הכללי", וועט מען זיכער פאררעכטן אלעס וואס ער האט פוגם געווען. דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און דארט זאגן דעם תיקון הכללי - די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות, האט דער רבי געזאגט - "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט, אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית"; דערפאר אז דו ווילסט פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען, כאפ דיך אריבער קיין אומאן, און  זאלסט זאגן דארט דעם תיקון הכללי; זאלסט זיך מתוודה זיין פארן אייבערשטן, אים דערציילן אלעס וואס דו האסט געטון, דורכדעם וועסטו זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן.

#75 - ווי אזוי קען איך מתקן זיין די עבירה פון חילול שבת?
שבת קודש, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאר א צייט פון איינס און א האלב יאר האב איך מחלל שבת געווען במזיד רחמנא ליצלן, מתוך רוח שטות. לעצטנס פיל איך נישט אזוי גוט, אויך מיין פרנסה גייט מיר נישט, און איך בין זיכער אז דאס איז וועגן חילול שבת, און איך וויל תשובה טון און דאס מתקן זיין.


איך האב זיך מחזק געווען מיט מיין שיעור אין הלכות שבת, אבער איך מיין אז דאס איז נישט גענוג, די גאנצע צייט זאג איך זיך אליין דעם פסוק "מחלליה מות יומת", און איך ווער נאך מער דערשראקן.


וואס קען איך טון דאס מתקן צו זיין?


מנחם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מנחם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די תורה זאגט (שמות לא, יד): "מְחַלְלֶיהָ מוֹת יוּמָת", ווער עס איז מחלל שבת דארף מען פארשטיינערן; אבער דאס איז נאר אז דער מענטש טוט נישט קיין תשובה, אויב אבער דער מענטש טוט תשובה אז אים דער אייבערשטער מוחל און ער באקומט נישט דעם עונש.


דער רמב"ם שרייבט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): יעדע מצוה אין די תורה, סיי א מצות עשה סיי א מצות לא תעשה, אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, סיי בשוגג סיי במזיד; ווען מען טוט תשובה, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיך וְעָשִֹיתִי כָּך וָכָך, וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, אבער איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; דאס איז וידוי, און דער רמב"ם פירט אויס: "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיך בְּעִנְיָן זֶה - הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", ווער עס פארמערט זיך מתוודה צו זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.


וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש טוט תשובה איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף וואס ער האט געטון, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי): דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתוודה אויף זיינע עבירות בין איך אים גלייך מוחל און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות.


ווען א מענטש טוט תשובה מעקט דער אייבערשטער אויס זיינע זינד. דער פראבלעם איז אז דער מענטש גלייבט נאר אינעם זינד, אבער ווען עס קומט צו תשובה גלייבט ער נישט אז ער קען אויך תשובה טון. אבער באמת דארף מען גלייבן אז מען קען אויף אלעס תשובה טון, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אויך אז דו קענסט פארעכטן; מען דארף גלייבן אין דעם, מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן אונזער תשובה און ער ווארט אז מיר זאלן זיך צוריקקערן צו אים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח:): "אָמַר רַבִּי חִיָּיא בַּר אַבָּא אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן, כָּל הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתָהּ אֲפִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה כְּדוֹר אֱנוֹשׁ מוֹחֲלִין לוֹ", ווער עס היט שבת איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות, אפילו ער איז זייער זינדיג און ער האט געדינט עבודה זרה רחמנא לצלן; זעט מען פון דעם ווי גרויס די שכר איז ווען א מענטש איז זוכה און ער היט אפ דעם הייליגן שבת.


אז דו וועסט היטן שבת וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בריווח, אויך וועסטו האבן א רפואה שלימה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות שבת, חלק ב', סימן א): "הַשַּׁבָּת נוֹתֶנֶת חַיִּים גַּשְׁמִיִּים גַם כֵּן", אז מען היט שבת באקומט מען לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט תשובה טון און צוריק אנהייבן היטן שבת וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.

#74 - איך פרוביר זיך צו שטארקן, אבער איך פאל אסאך צוריק, איז דאס עפעס ווערד?
קדושה, תשובה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א היימישער בחור וואס איז ליידער אריינגעפאלן אין די הענט פון די סטרא אחרא, איך ליג אין שמוץ מיט גאנצן קאפ. למעשה אבער טוישן זיך ביי מיר די גוסטעס יעדן צווייטן טאג, איין טאג קויף איך א סמארט פאון און איך קוק צוזאם אלע שלעכטס פאר א שטיק צייט, נאכדעם כאפט מיר אן התעוררות און איך ווארף עס אוועק, אבער אפאר טעג שפעטער שאף איך זיך שוין ווידער א כלי צו זען וואס מ'דארף נישט.


איך האב שוין פרובירט אלע עצות און עס גייט נישט, איך וויין צום אייבערשטן אבער עס רוקט זיך גארנישט, אפשר וועט איר מיר קענען העלפן. אויך וויל איך וויסן אויב איך האב עפעס אויפגעטון די אלעמאל וואס איך האב עס אוועקגעווארפן, אפילו ווען נאכדעם בין איך צוריק געפאלן.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר בחקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


איך האב דערהאלטן דיין בריוו


יעדעס מאל וואס א מענטש רייסט זיך אוועק פון אן עבירה, ער איז זיך מתגבר אויפן יצר הרע - איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן.


דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת תרומה, קנ:): "וְלֵית רְעוּתָא טָבָא דְּיִתְאֲבִיד מִקַּמֵּי מַלְכָּא קַדִּישָׁא", קיין איין גוטע מחשבה ווערט נישט פארלוירן ביים אייבערשטן, "וּבְגִין כַּךְ, זַכָּאָה אִיהוּ מַאן דִּמְהַרְהֵר הִרְהוּרִין טָבִין לְגַבֵּי מָארֵיהּ, דְּאַף עַל גַּב דְּלָא יָכִיל לְמֶעְבַּד לוֹן", דעריבער – זאגט דער זוהר – וואויל איז פאר דעם מענטש וואס טראכט גוטע מחשבות, ווייל אפילו ער קען דאס נאך נישט מקיים זיין, "קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא סָלִיק לֵיהּ רְעוּתֵיהּ כְּאִילּוּ עָבִיד", רעכנט אים דער אייבערשטער כאילו ער האט דאס מקיים געווען; דאס הייסט אז אפילו א מענטש זעט זיך אין א טיפע גרוב, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער קוקט צוזאם די ערגסטע שמוץ, דארף מען פון דארט שרייען צום אייבערשטן: "העלף מיר אייבערשטער! איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך"; די אלע דיבורים און גוטע מחשבות וועט אים העלפן אז ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


וואס איז בכלל דיין שאלה צי עס איז חשוב דיינע גוטע מעשים וואס דו טוסט בשעת דו האלסט אין איין צוריק פאלן? יעדע מחשבה וואס א מענטש טראכט נאר לטובה ווערט קיינמאל נישט פארלוירן און זיכער א גוטע דיבור וואס מען רעדט און כל שכן וקל וחומר א גוטע מעשה וואס מען טוט - ווערט קיינמאל נישט פארלוירן ביים אייבערשטן; דעריבער אז דו האסט אוועק געווארפן די סעלפאון האסטו זיכער געמאכט מיט דעם א נחת רוח פארן אייבערשטן און דו וועסט ביים סוף זוכה זיין צו זיין א לויטערער ריינער איד.


וואס האסטו געמיינט אז דער יצר הרע וועט דיר לאזן אוועק גיין פון אים אזוי גרינגערהייט? דו ביסט דאך געווען בעסטע חברים מיט אים, און יעצט ווען דו ווילסט אנטלויפן פון אים מיינסטו אז ער וועט דיר לאזן אנטלויפן?! ער וועט דיר זיכער נישט אפלאזן, ער וועט דיר אראפ ווארפן נאכאמאל און נאכאמאל; אזוי גייט א מלחמה, א פאטש פאר דיר, א פאטש פאר מיר, א קנאק פאר דיר, א קנאק פאר מיר; דער עיקר איז ווער עס געבט דעם לעצטן פאטש.


יעדעס מאל דו וועסט וועלן אנהייבן א נייע לעבן וועט ער צוריק קומען צו דיר און ווייטער ברענען אין דיר; דער עיקר דארף מען האלטן קאפ אויף איין זאך: "איך געב נישט אויף"; "איך גיי נישט אוועק פונעם אייבערשטן"; א מענטש דארף זיין ביי זיך אזוי שטארק אין די אמונה, אז אפילו ער שפירט ווי מען טרייבט אים אוועק פון די קדושה, מען איז אים מרחק מיט אלע סארט התרחקות, מיט דעם אלעם זאגט ער: "איך לאז נישט אפ מיינע גוטע רצונות, איך וויל נאך אלץ זיין אן ערליכער איד".


דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט פאר זיין זון רבי אלעזר (תיקוני זוהר, תיקון יג; כט.): די אידן זענען צוגעגליכן צו א קעניג וואס האט מלחמה געהאלטן מיט אסאך פעלקער, און מען האט נישט געוואוסט ווער עס האט באזיגט די מלחמה, "אָמַר, תִּסְתַּכְּלוּן בְּאִלֵּין דִּרְשִׁימִין בְּמָאנֵי קְרָבָא בִידַיְיהוּ, וְתִנְדְּעוּן מָאן נָצַח דִּינָא", האט מען געזאגט א סימן, מען זאל קוקן ווער עס האלט די געווער אין די הענט – דער האט מנצח געווען. אזוי איז ווען מען זעט די אידישע קינדער האלטן די ד' מינים אין זייערע הענט, דורכדעם ווייסט מען אז זיי האבן מנצח געווען די אומות העולם; פרעגט רבי נתן א שטארקע קשיא (ליקוטי הלכות שבת, הלכה ז, אות נד): לכאורה, ביי א מלחמה, ווען מען זעט ווער עס האט איינגענומען דעם מדינה און אויסגע'הרג'עט זיינע פיינט אזוי ווייסט מען ווער עס איז דער געווינער, ממילא וואס איז די שאלה ווער עס האט מנצח געווען; נאך איז שווער, וואסערע מין תירוץ איז דאס אז ווער עס האלט די געווער אין די האנט דער האט געווינען, אדרבה, ווער עס האט געווינען די מלחמה דארף שוין נישט האלטן קיין געווער, און ווער עס האלט נאך יא די געווער איז א קלארער סימן אז ער האט נאך נישט געווינען די מלחמה?! ענטפערט רבי נתן זייער שיין, אין הכי נמי, סתם אזוי ביי א מלחמה נאכדעם וואס מען איז מנצח דעם שונא דארף מען טאקע שוין נישט קיין געווער, אבער ביי די מלחמת היצר וואס גייט אן אגאנץ לעבן, איז דער עיקר נצחון אז מען געבט נישט אויף צו קעמפען; ווער איז דער מנצח? דער וואס לאזט נישט אפ דעם געווער, און ווי לאנג מען האלט דעם געווער - וואס דאס איז תפילה, אזוי ווי עס שטייט (בראשית מח, כב): "בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי", זאגט דער תרגום: "בִּצְלוֹתִי וּבְבָעוּתִי" – ווייזט דאס אז דער איז דער געווינער; דאס זאגט דער זוהר: "מָאן נָצַח דִּינָא?" ווער איז דער געווינער? דער וואס האלט די געווער אין האנט.


וואויל איז דיר אז דו האסט אוועק געווארפן אלע וועגן ווי אזוי צו קוקן שמוץ, אין דעם זכות וועסטו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


זע צו לערנען משניות יעדן טאג; משניות האט א כח ארויסצורייסן דעם מענטש פון די טומאה.


אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג א דף גמרא; אין אנהייב וועט דיר זיין זייער שווער צו פארשטיין וואס דו לערנסט ווייל א מענטש וואס האט שוין צאמגעקוקט אלע עקעלדיגע מאוויס רחמנא לצלן און איז אראפגעפאלן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן פארלירט זיין מח; דעריבער דארף מען קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די תורה ביז מען איז זוכה צו פארשטיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#73 - האט דער אייבערשטער נישט מוחל געווען פאר דוד, נאכדעם וואס ער תשובה געטון?
תשובה, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שיעורים, עס געט מיר כח אנצןגיין יעדן טאג. אויך הער איך אויס די הערליכע שיעורים וואס דער ראש ישיבה לערנט פאר אין נ"ך.


אין איינס פון די שיעורים אין נ"ך, ווען נתן הנביא איז געקומען זאגן פאר דוד המלך אז ער האט געזינדיגט, האט דוד המלך גלייך געזאגט "חטאתי" - איך האב געזינדיגט, ער האט תשובה געטון און געבעטן דער אייבערשטער זאל אים מוחל זיין.


למעשה איז ער אבער שפעטער געשטראפט געווארן אויף דעם, איז מיר אביסל שווער ווייל לויט ווי אזוי איך האב אייביג פארשטאנען פונעם ראש ישיבה אז ווען מען טוט תשובה הייבט זיך אהן א נייער בלאט אין לעבן, מען באקומט נישט קיין עונש.


איך האף און איך גלייב אז ווען איך טו תשובה העלפט עס, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה עס בעסער מסביר זיין?


אשר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אשר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רמב"ם שרייבט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): יעדע מצווה אין די תורה, סיי א מצות עשה סיי א מצות לא תעשה, אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, סיי בשוגג סיי במזיד. ווען מען טוט תשובה, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיך וְעָשִֹיתִי כָּך וָכָך וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון, איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; דאס איז וידוי, און דער רמב"ם פירט אויס: "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיך בְּעִנְיָן זֶה - הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", ווער עס פארמערט זיך מתודה צו זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.


וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש טוט תשובה איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף וואס ער האט געטון, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי): דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתודה אויף זיינע עבירות בין איך אים גלייך מוחל, און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות; ווען א מענטש טוט תשובה מעקט דער אייבערשטער אויס זיינע זינד. דער פראבלעם איז, אז דער מענטש גלייבט נאר אינעם זינד, אבער ווען עס קומט צו תשובה גלייבט ער נישט אז ער קען אויך תשובה טון, אבער באמת דארף יעדער איד גלייבן אז ער קען אויף אלעס תשובה טון, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אויך אז דו קענסט פארעכטן; מען דארף גלייבן אין דעם, מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן אונזער תשובה, און ער ווארט אז דער מענטש זאל זיך צוריקקערן צו אים.


דאס וואס דו פרעגסט פארוואס דוד המלך איז באשטראפט געווארן, ער האט דאך תשובה געטון; קודם דארפסטו וויסן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נו.): "כָּל הָאוֹמֵר דָּוִד חָטָא, אֵינוֹ אֶלָּא טוֹעֶה", ווער עס זאגט אז דוד המלך האט געזינדיגט איז זיך טועה; ווייל אלע סאלדאטן אין די צייטן פון דוד המלך, פלעגן געבן א גט פאר זייער ווייב איידער זיי זענען ארויס געגאנגען אין מלחמה (עיין שם בתוספות, דבור המתחיל גט, ונראה לרבינו תם) כדי זייערע ווייבער זאלן נישט זיין קיין עגונות. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (סנהדרין קז.): "רְאוּיָה הָיְתָה בַּת שֶׁבַע לְדָוִד מִשֵּׁשֶׁת יְמֵי בְּרֵאשִׁית", בת שבע איז געווען אנגעגרייט פאר דוד המלך נאך פון ששת ימי בראשית, "אֶלָּא שֶׁאָכְלָה פַּגָה", ער האט דאס גענומען פאר די צייט. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (עבודה זרה ד:): רבי שמעון בן יוחאי זאגט: "דוד המלך האט געוויזן פאר אונז א וועג, אז אויב מיר פאלן אראפ, זאלן מיר תשובה טון".


ווען מען לערנט נביאים וכתובים דארף מען זייער אכטונג געבן דאס צו לערנען מיט רש"י, וואס ער ברענגט אראפ דעם פשט ווי אזוי די הייליגע חכמים האבן דאס געלערנט. מען טאר נישט לערנען נ"ך אן פירוש רש"י, ווייל מען קען זיך זייער טועה זיין און נאכדעם קומען צו פארדרייען די תורה. מיר ווייסן נאר ווי אזוי חז"ל לערנען דאס אפ, חס ושלום מיר זאלן דאס לערנען ווי די מינים און אפקורסים לערנען דאס; אויף דעם זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות כח:): "מִנְעוּ בְּנֵיכֶם מִן הַהִגָּיוֹן", מען זאל אכטונג געבן אויף קינדער זיי זאלן נישט לערנען צו סאך מקרא, ווייל אז מען לערנט מקרא אן משנה און גמרא קען מען זייער פארקריכן, דערפאר זאגט ער גלייך: "וְהוֹשִׁיבוּם בֵּין בִּרְכֵּי תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", זע צו לערנען מיט די קינדער משנה און גמרא, ווייל דארט קען מען נישט פארקריכן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג) אז תהילים איז מסוגל צו תשובה; וואויל איז א מענטש וואס געוואוינט זיך צו צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים, ער וועט זוכה זיין צו פארעכטן אלעס וואס מען דארף פארעכטן, און ער וועט אראפ נאמען פון זיך אלע עונשים קשים ומרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#72 - דער תיקון פון הפצה, איז אויך אויב מען צאלט געלט פאר א מפיץ?
קדושה, תשובה, הפצה, צדקה, זיכוי הרבים, הדפסה, תיקונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער תיקון וואס מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל אז הפצה איז א תיקון הברית, איז דאס דוקא אויב מען טוט דאס אליינס מפיץ זיין? אדער קען מען אויך האבן דעם תיקון אויב מען צאלט געלט פאר א מפיץ?


איך וועל זיך פרייען צו באקומען אן ענטפער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מען טוט נאר פאר הפצה; סיי די וואס גייען אויסטיילן ספרים, גליונות און קונטרסים, סיי די וואס העלפן דרוקן די ספרים, סיי די וואס זענען מנדב צדקה צו דרוקן די ספרים וכו' וכו' - אלעס איז א תיקון הברית. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", ווער עס וויל פאררעכטן די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - "שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, מיטן מפיץ זיין די הייליגע ספרים פון רבי'ן און מיטן געבן צדקה צו דרוקן.


רבי נתן האט אונז צוואה געלאזט: "איך זאג אייך אן, אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, ס'זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'".


מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט פון הדפסה והפצה, ווי חשוב אין הימל איז די הייליגע זאך. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזִי" קום און זע, "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא" א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא" איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא" ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי" ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי" ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי" קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ" ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט
געבענטשט יאר.

#71 - וועלכע זאכן זאל איך ארויסזאגן ביי "וידוי דברים"?
אומאן, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, קברי צדיקים, תשובה, עבירות, וידוי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם ענין פון "וידוי דברים". אלעמאל ווען איך וויל זיך מתוודה זיין פאר'ן אייבערשטער, ספעציעל ביים ציון פון הייליגן רבי'ן אין אומאן, ווען איך פרוביר איבערצוגיין ממש אלעס וואס איך האב געטון אין לעבן, דערמאן זיך פילע שלעכטע זאכן וואס איך האב געטון אין מיין לעבן, און איך שעם זיך צו זאגן אבער עס קומט ארויף זייער שלעכטע זאכן וואס איך האב אמאל געקוקט, און דאס ברענגט מיר אריין פון פריש שלעכטע הרהורים, איך ווער פון פריש נכשל און טראכטן פון זאכן וואס מען טאר נישט, און דאס מאכט מיר אז איך זאל נישט וועלן זיך מתוודה זיין בכלל, איך וויל נישט נאכאמאל טראכטן די שלעכטע זאכן.


שוין צוויי יאר וואס איך מוטשע זיך מיט דעם פראבלעם, איך האב שוין עטליכע מאל געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א איבער דעם, אבער איך האב זיך פשוט געשעמט. יעצט האב איך אבער באשלאסן אז גענוג געווארט, איך קען מער נישט אזוי אנגיין, און איך גיי פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס מען טוט איבער דעם פראבלעם, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן און ווייזן דעם ריכטיגן וועג אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג ארויס אלעס וואס דו האסט פוגם געווען במחשבה, דיבור ומעשה, אפילו עס קומט אריין נאכאמאל די מחשבות פון עבירות וכו' וכו'; ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), אז ווען א מענטש זינדיגט - גייט אריין די עבירה אין זיינע ביינער, און נאר דורך ארויסזאגן די עבירות לפני תלמיד חכם, פארן צדיק - גייען ארויס די עבירות און די שלעכטע צירוף וואס איז איינגעקריצט אינעם מענטש, נאר אזוי קען מען צוריק ברענגען די מלכות צום אייבערשטן און שפירן טעם עולם הבא.


דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן נח), עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ אִיד, וָואס פְלֶעגְט גֵיין צוּם הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ דֶער אִיד אִיז לֹא עָלֵינוּ קְרַאנְק גֶעוָוארְן, דֶער אִיד הָאט גֶעשִׁיקְט אַ שָׁלִיחַ צוּם הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב בֶּעטְן עֶר זָאל קוּמֶען צוּ אִים, וְכֵן הֲוָה, דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז גֶעפָארְן מְבַקֵּר חוֹלֶה זַיין, אוֹיפְן וֶועג הָאט דֶער שָׁלִיחַ גֶעפְרֶעגְט דֶעם בַּעַל שֵׁם טוֹב: "אִיךְ הָאבּ דָאךְ גֶעהֶערְט פוּן אַייךְ אַז אוֹיבּ מֶען טוּט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה וֶועט מֶען זִיכֶער נִישְׁט שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט, אוֹיבּ אַזוֹי וִוי קֶען זַיין אַז דֶער חוֹלֶה צוּ וֶועם מִיר פָארְן יֶעצְט עֶר הָאט דָאךְ תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אוּן עֶר אִיז אַן עֶרְלִיכֶער אִיד וִוי קֶען זַיין עֶר זָאל שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט?" הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב גֶעעֶנְטְפֶערְט: "עֶס אִיז טַאקֶע וָואר דָאס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעזָאגְט, אַז אוֹיבּ מֶען טוּט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה וֶועט מֶען נִישְׁט שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט אוּן עֶס אִיז אוֹיךְ וָואר אַז דֶער אִיד הָאט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אוֹיף זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער עֶר הָאט זִיךְ נִישְׁט מִתְוַדֶה גֶעוֶוען פַארְן אֱמֶת'עֶר צַדִיק, דֶערִיבֶּער קֶען עֶר נִישְׁט וֶוערְן אוֹיסְגֶעהֵיילְט, אוּן דֶערְפַאר פָאר אִיךְ צוּ אִים כְּדֵי עֶר זָאל זִיךְ קֶענֶען מִתְוַדֶה זַיין פַאר מִיר, אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ מִתְוַדֶה זַיין פַאר מִיר וֶועט עֶר גְלַייךְ אוֹיסְגֶעהֵיילְט וֶוערְן, אוּן אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ נִישְׁט וֶועלְן מִתְוַדֶה זַיין - וֶועט עֶר וֶוערְן נָאךְ מֶער קְרַאנְק אוּן עֶר וֶועט אָנְהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן 'גֶעוַואלְד, וֵויי וֵויי' - פוּן גְרוֹיס וֵוייטָאג, בִּיז עֶר וֶועט שְׁטַארְבְּן, אוֹיבְן אִין הִימְל רֶעכְנְט מֶען אִים נִישְׁט דִי עֲבֵירוֹת וַוייל עֶר הָאט שׁוֹין תְּשׁוּבָה גֶעטוּן, אוּן אוֹיךְ נָאכְן שְׁטַארְבְּן וֶועלְן דִי קְלִיפּוֹת אוּן דִי חִיצוֹנִים נִישְׁט הָאבְּן קַיין שׁוּם כֹּחַ אוֹיף אִים וַוייל עֶר הָאט שׁוֹין תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אָבֶּער וִוי לַאנְג עֶר לֶעבְּט נָאךְ וֶועלְן דִי חִיצוֹנִים זִיךְ נוֹקֵם זַיין אִין אִים".


וְכֵן הֲוָה, דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז גֶעקוּמֶען אוּן אִים גֶעזָאגְט בָּזֶה הַלָּשׁוֹן: "זָאג מִיר דַיינֶע עֲבֵירוֹת וָואס דוּ וֵוייסְט, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן אוֹיךְ אִיךְ וֵוייס", דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב הָאט דָאס אִיבֶּערְגֶעזָאגְט דְרֵיי מָאל, אָבֶּער דֶער אִיד הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט, עֶר הָאט זִיךְ גֶעשֶׁעמְט, אוּן עֶר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן: "אוֹי וֵויי, אוֹי וֵויי" - אוֹיף זַיינֶע וֵוייטָאג וַוייל זַיינֶע גְלִידֶער הָאבְּן אָנְגֶעהוֹיבְּן זִיךְ צֶעבְּרֶעכְן בִּיז עֶר אִיז גֶעשְׁטָארְבְּן.


דארפסט נישט ווארטן ביז דו קומסט קיין אומאן צו מקיים זיין וידוי דברים לפני תלמיד חכם, קענסט שוין יעצט - ווען דו באקומסט די בריוו - זיך פארמאכן די אויגן און זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן, און אים דערציילן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען במחשבה – אלע שלעכטע מחשבות, ובדיבור – אלע שלעכטע רייד, ובמעשה – אלע שלעכטע מעשים.


פארמאך דיינע אויגן און זאג: "רבונו של עולם, איך וויל דיר דערציילן מיינע מעשים, איך שעם זיך אזוי שטארק ווי איך בין אזוי געפאלן, איך האלט נישט אויס די בושה, איך קען עס נישט דערהייבן, וואס איז געשען מיט מיר? איך האב באקומען א ריינע הייליגע נשמה און דאס אזוי פארשמירט מיט מיינע פגמים, איך האב געטון ... און געטראכט ... און גערעדט ...; הייליגער באשעפער איך מאך יעצט וידוי דברים פאר דיר, בעט איך דיר, נעם ארויס מיינע עבירות פון מיינע ביינער און מח מחשבה, העלף מיך איך זאל זוכה זיין צו אמת'ע תשובה, איך זאל זוכה זיין צו פאררעכטן וואס איך האב פוגם געווען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט
געבענטשט יאר.

#70 - דורכפאלן אין עבירות, אדער ענדערש זיך נעמען דאס לעבן?
תשובה, נסיונות, עבירות, יאוש, זעלבסמארד, שטארבן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז לעצטנס האב איך גאר שווערע נסיונות צו פאלן אין עניני קדושה.


איך שפיר אז ענדערש זאל איך שטארבן ווי איידער אראפצופאלן אין קדושה. איך האב געזען שטיין אין ספרים אז אויב א מענטש נעמט זיך דאס לעבן כדי נישט צו זינדיגן, הייסט ער נישט קיין "מאבד עצמו לדעת".


איך גיי אריבער זייער שווערע נסיונות; ביז יעצט האב איך נישט למעשה געזינדיגט, אבער אויב וועט עס אנקומען צו דעם, וועל איך זיך נעמען דאס לעבן. איך בין שוין געווען אמאל א זינדיגער איד, היינט בין איך א ריינער איד, איך באלאנג צום אייבערשטן, און אויב קום איך אן דורכצופאלן אין עבירות, וועל איך ענדערש שטארבן ריינערהייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טייערער ברודער וואס איז מיט דיר געשען? פארוואס זאלסטו טראכטן מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן?! מיר האבן א רבי וואס האט געשריגן: "קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען", דער רבי האט געשריגן מיט א הויך קול (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל", רבי נתן זאגט (שיחות הר"ן, סימן קנג) דער רבי האט דאס געשריגן מיט זיין גאנצע כח, ער האט געשריגן בקול גדול: "גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען", עס איז נישטא אזא זאך ווי יאוש.


וואס מיינסטו, אין קבר וועט דיר זיין בעסער, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פד) אויף די וועלט ווען מען איז טרוד מיט טרדת הפרנסה וכדומה קען מען כאפן א ביס פון א ווארעם אדער א פליג, אָן וויסן אז מען כאפט יעצט א ביס, אבער אין קבר איז נישטא קיין שום טירדות און מחשבות וואס זאלן אוועק נעמען די קאפ פון הערן ווי די ווערעם קריכן און בייסן דעם מענטש, מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער אין קבר ווען מען הערט יעדע ביס פון די ווערעם און די צער וואס מען האט פון הערן ווי זיי קריכן אויפן מענטש.


קוק אויף די גוטע זאכן וואס דו טוסט, קוק אויף די מצוות; עס לוינט צו בלייבן לעבן צו קענען טון נאך איין מצוה, ווייל דאס איז מער פון עולם הבא. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, יז): "יָפָה שָׁעָה אַחַת בִּתְשׁוּבָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בָּעוֹלָם הַזֶּה", עס איז בעסער איין שעה פון טון גוטע זאכן אויף די וועלט, "מִכָּל חַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא" - פון די גאנצע עולם הבא; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון אריינכאפן נאך איין מאל אנטון תפילין, נאך איין מינוט גיין מיט ציצית.


אז דו האסט ביטערע נסיונות - זאלסטו שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיר ראטעווען, און אז דו ביסט נכשל געווארן בעבר מיט עבירות - זאלסטו תשובה טון; זיי זיך מתוודה און זאג דעם אייבערשטן אז דו גייסט מער נישט טון, און גלייב באמונה שלימה וואס דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן - גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.