שאלה אין קורצן ענין
#1647 - ווען דער זמן איז שפעט, זאל מען לייגן די קינדער שלאפן פאר די סעודה?
שבת קודש, חינוך הילדים, שבת טיש, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא ביי אונז אין לאנדאן ווערט דער זמן מוצאי שבת בערך 10:20 ביינאכט, און ביז איך קום אהיים פון שול איז שוין א האלבע שעה שפעטער, עס ווערט זייער שפעט פאר די קינדער, און זיי גייען שלאפן נאך איידער איך קום אן אהיים, איז דאס ריכטיג?


אויך פרייטאג צו נאכטס איז דא דעם פראבלעם, איך דאווען ביי די פלג המנחה, און עס קומט אויס אז מ'הויבט אן די סעודה א פערטל צו צען ביינאכט, מיין ווייב זאגט אז דאס וואס די קינדער זענען אויף אזוי שפעט מאכט זיי צעמישט, און זיי זענען מיד שבת אינדערפרי, און דעריבער וויל זי לייגן די קינדער שלאפן פאר די סעודה. זי איז גערעכט, אבער פון די אנדערע זייט איז מיר שווער צו מאכן די סעודה אן די קינדער ביים טיש.


וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין ווייב איז גערעכט, מען קען נישט אויפהאלטן קינדער אזוי שפעט אין די נאכט אריין; קינדער דארפן זיין אויסגערוט, קינדער דארפן גיין שלאפן צייטליך.


די בעסטע זאך וואלט געווען דו זאלסט זיי לייגן שלאפן פרייטאג נאכמיטאג פאר עטליכע שעה, אזוי אויך לייג זיי שלאפן שבת נאכמיטאג פאר אפאר שעה, אזוי וועלן זיי קענען מיטהאלטן די סעודות שבת.


מוהרא"ש זאגט, די סעודות שבת איז א יסוד פאר חינוך הבנים והבנות; ביי די שבת סעודות קען מען אריינלייגן אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו די תורה, דעמאלט איז די ריכטיגע צייט זיי אויפצובויען; א שאד זיי זאלן נישט מיטהאלטן די הייליגע סעודות, זיי זאלן גיין שלאפן, אדער זיין מיד און ווילד.


דער הייליגער מונקאטשער רב זכותו יגן עלינו ברענגט אן אינטערעסאנטע זאך (דברי תורה ט, אות יג) בשם דער הייליגער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו, ער האט געזאגט: "איך וואונדער זיך פארוואס עס שטייט נישט אין די עשרת הדברות מען זאל שלאפן ערב שבת", פרעגט דער הייליגער מנחת אלעזר (שם): "וואס איז פשט פון די ווערטער 'עס וואלט ווען געדארפט שטיין אין די עשרת הדברות' וואס איז נישט גענוג עס זאל שטיין אין די תורה?" ענטפערט ער, ווייל נאר ווען מען שלאפט ערב שבת קען מען מאכן א שיינע סעודה, זינגען זמירות, אביסל לערנען פאר די סעודה און נאך די סעודה, אז נישט שלאפט מען איין ביי די סעודה, מען זינגט נישט קיין זמירות, מען רעדט נישט מיט די קינדער.


ביי מיין טאטע שליט"א זענען מיר אזוי מחונך געווארן, די גאנצע שטוב מקטן ועד גדול - אלע האבן זיך אראפגעלייגט, מיין טאטע פלעגט זיין זייער שטרענג ביי דעם. ווען מיר זענען געווען קינדער האבן מיר נישט פארשטאנען וואס עפעס מוזן מיר שלאפן, ווייסט דאך אז קינדער ווילן נישט שלאפן; היינט פארשטיי איך דאס, ווען איך זע ביי אסאך שטובער לייגט מען די קינדער שלאפן אינמיטן די סעודה, און איך דערמאן זיך אונזערע הערליכע סעודות שבת, ווי אלע קינדער זענען געזיצן אויסגערוט, מיר האבן געווארט א גאנצע וואך פאר די שבת סעודות.


און אזוי פיר איך זיך, ביי אונז גייען אלע קינדער שלאפן סיי ערב שבת מען זאל קענען זיין אויסגערוט ביי די סעודות, און שבת נאכמיטאג, מען זאל קענען זיין אפגעהיטן און קענען מיט האלטן שלש סעודות, הבדלה און מלוה מלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1646 - ווי אזוי זאל איך אויסשטעלן מיין סדר הלימוד אין משניות און גמרא?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד, סדר היום, משניות, גמרא, עיון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך שטארק זיך ברוך ה' מיט'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, איך האב זיך געמאכט א סדר צו לערנען יעדן טאג זעקס פרקים משניות, און יעצט האב איך ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן ששה סדרי משנה צום ערשטן מאל אין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן אויב ווען איך האב מער צייט זאל איך לערנען מער פון זעקס פרקים, אדער זאל איך זיך האלטן צו מיין סדר פון נאר זעקס פרקים משניות א טאג?


אויך האב איך געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו לערנען איבער האלב ש"ס מיט הבנה, אויב איך זאל יעצט אנהויבן נאכאמאל פון אנהויב צו זאגן די ווערטער, אדער זאל איך ממשיך זיין און גיין ווייטער פון וואו איך האלט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט יעדן טאג משניות; וויפיל מיר וועלן רעדן פון לערנען משניות - וועט מען נישט קענען מסביר זיין דאס גרויסקייט פון דעם לימוד.


אז דו קענסט אנקומען צו לערנען ח"י פרקים משניות - זאלסטו זיכער אזוי טון. דער רבי האט דאס געזאגט פאר רבי נתן, ער זאל זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות (עיין שיחות הר"ן, סימן קפה).


אלע צדיקים האבן זוכה געווען צו זייער גרויסע זאכן דורך לימוד משניות, דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' - אלעס בזכות משניות. דער הייליגער בית יוסף פלעגט זאגן זייער אסאך משניות, אמאל פערציג פרקים משניות און אמאל מער. דער בית יוסף שרייבט (מגיד מישרים משלי סימן כג, עמוד קסג): "הִשְׁכַּמְתִּי כְּמִנְהָגִי לִקְרוֹת בַּמִּשְׁנָיוֹת, וְקָרִיתִי כְּמוֹ מ' פְּרָקִים", איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי זאגן משניות, איך האב געזאגט פערציג פרקים משניות און נאכדעם האט זיך דער מגיד באוויזן צו מיר.


מאך זיך א שיעור אין ש"ס בגירסא, און אויך זאלסטו ווייטער לערנען דיין סדר אין ש"ס בעיון. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) מען זאל האבן צוויי שיעורים, איין שיעור זאל מען לערנען שנעל כל התורה כולה און איין שיעור זאל מען לערנען אביסל עיון התורה, דאס איז א וועג ווי אזוי מען קען אנקומען לערנען זייער אסאך. די ערשטע שיעור דיינע זאל זיין בגירסא, אפילו אן הבנה, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "וּמִמֵּילָא יָבִין", ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל וועט מען פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל - איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל די מעלה פון לערנען אסאך שטייגט אלעס איבער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.) אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, ווייל אזוי איז מען זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


דער הייליגער רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדעס ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך און ער וועט אנקומען צו לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיין שיחות הר"ן (סימן כח), עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1645 - איך בין דורכגעפאלן און געקוקט שלעכטע זאכן, קען איך נאך מצליח זיין אין לעבן?
שידוכים, התחזקות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, תפילה והתבודדות, מאוויס, שמחה, תשובה, עבירות, יונגע יארן, שמירת עינים, סמארטפאון, יאוש, שכחה, סיפוק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ליידער דורכגעפאלן, איך האב זיך שטילערהייט געקויפט א סמארטפאן, און ליידער האב איך געקוקט דערויף גאר שמוציגע און שלעכטע זאכן, און יעצט קען איך זיך נישט מוחל זיין, מיין לעבן איז מיר ממש נמאס געווארן, און בין שוין מיואש פון האבן א גוטע לעבן.


איך קען נישט דאווענען, איך האב נישט קיין סיפוק און צופרידנהייט פון קיין שום זאך, קיין איין זאך מאכט מיר נישט פרייליך, עס האלט מיר אין איין ארויפקומען אין מח די שלעכטע זאכן וואס איך האב געזען, און איך ווייס נישט וואס צו טון, ווי אזוי קען איך פארגעסן די אלע זאכן?


יעצט קלאפט מיר שוין אין קאפ אז איך וועל שוין נישט באקומען א וואוילע חתן, איך וועל שוין מוזן באקומען א שידוך איינער וואס האט אויך געקוקט שלעכטע זאכן.


איך בין זייער שטארק צעבראכן און צעקלאפט, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב עס נאר געקויפט ווייל איך האב נישט געהאט קיין סיפוק, נישט געהאט מיט וועמען צו רעדן, איך האב געמיינט אז דאס וואס מיר צופרידן שטעלן, אבער עס האט מיר נאר פיל ערגער געמאכט דאס לעבן. וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די ערגסטע זאך איז אויפגעבן אויפ'ן לעבן; אפילו א מענטש זאל טון דאס ערגסטע אין לעבן - איז דא פאר אים א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן און צו האבן א גוט לעבן.


אז איר האט זיך שטילערהייט געקויפט א סמארטפאן און דארט געזען עבירות - דארפט איר וויסן אז מען קען אלץ פאררעכטן; אז איר וועט תשובה טון, איר וועט מער נישט קוקן קיין עבירות, איר וועט זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן און אים בעטן ער זאל אייך מוחל זיין - וועט איר אלעס פאררעכטן.


א שאד אויף בחורים און מיידלעך, טייערע נשמות, אז זיי ווייסן נישט אז ווען מען קוקט עבירות מאכט מען זיך אליינס שאדן, מען פארלירט דעם טעם פון לעבן, מען ווערט דערביטערט, מען פארלירט די טעם פון לעבן, אלעס איז אנגעהאנגען אין די זאך: אין קדושה וטהרה; ווי נאר מען איז פוגם, מען טוט עבירות - פארלירט מען אלעס.


אויב איר וועט אוועקווארפן די שלעכטע טעלעפאן, איר וועט מער נישט קוקן די זאכן, און איר וועט זאגן יעדן טאג תהלים און זיך מתבודד זיין צום אייבערשטן – וועט איר מיט די צייט צוריק באקומען די טעם פון וועלן לעבן, איר וועט צוריק ווערן א פרייליכע מיידל, איר וועט זיין גליקליך און צופרידן.


הויבט אן א שיעור אין תהילים; זאגט יעדן טאג אביסל תהילים אין א רייע און פארציילט די גאנצע מעשה פאר'ן אייבערשטן, ווען און ווי און מיט וועם איר זענט געגאנגען קויפן א טעלעפאן און פארוואס איר האט עס געטון. שעמט זיך נישט, דערציילט אלעס פאר'ן אייבערשטן, רעדט צו אים שטילערהייט אין א פלאץ וואו קיינער הערט נישט, זאגט פאר'ן אייבערשטן פינקטליך וואס איר האט געזען, אלע עקלדיגע זאכן, אלע גרויליגע זאכן, און ווי דאס הרג'עט אייך, איר קענט גארנישט טראכטן, עס קומט אריין א גאנצע צייט אין אייער מחשבה די עקלדיגע זאכן; וועט איר זען עס וועט אוועקגיין, און מיט דער צייט וועט איר צוריק באקומען אייער טעם אין לעבן.


דער רבי האט צוגעזאגט, דער וואס מאכט התבודדות, דער וואס רעדט צום אייבערשטן, שמועסט מיט'ן אייבערשטן - ווערט מיט די צייט א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1644 - אנשטאט שרייען אויף די ווייב, שרייט מען "ש'כח אייבערשטער"
שלום בית, שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, שמחה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר מיין שיינע לעבן, פאר אלע שיינע לימודים וואס דער ראש ישיבה לערנט מיר אויס, בפרט ווי אזוי צו רעדן צו מיין ווייב, איר אויסהערן, איר בארואיגן אפילו ווען איך קען איר בכלל נישט העלפן, נאר רעדן שיין און אויסהערן.


איך וויל שרייבן א שיינע מעשה וואס איך האב געהאט דעם שבת, איך האב אנגעשטעלט פאר שבת דעם "עיר קאנדישאן" אויף א געוויסע נומער אז ווען עס פילט אז עס איז הייס זאל זיך עס אנצינדען. למעשה האב איך עס נישט גוט אנגעשטעלט און עס האב זיך כמעט נישט אנגעצינדען. ווען איך בין אהיים פון שול איז געווען זייער הייס, שרעקליך הייס, איך האב געבעטן דעם אייבערשטער אז עס זאל זיך שוין אנצינדען, למעשה האט זיך עס ערשט אנגעצינדען אינמיטן די סעודה און פון גרויס שמחה האב איך הויך אויסגערופן "ש'כח אייבערשטער!"


פון דעמאלט און ווייטער, יעדעס מאל עס האט זיך אנגעצינדען, האט מיין זון, וואס איז צוויי יאר אלט און האט יעצט אנגעהויבן רעדן, געשריגן "ש'כח אייבערשטער!"


ווען איך זאל ח"ו שרייען אויף מיין ווייב פארוואס זי האט עס נישט געקענט אנשטעלן נארמאל, כאטש וואס ס'האט באמת גארנישט מיט איר, אבער ווי דער סדר העולם ווען עפעס גייט נישט גוט איז די ווייב שולדיג, וואס וואלט מיין זון געשריגן יעדעס מאל?


איך האב נישט די ווערטער זיך גענוג צו באדאנקען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מענטשן כאפן נישט, מען לייגט נישט צו קאפ אז יעדע ווארט וואס מאן און ווייב רעדן - הערן זיך די קינדער צו דערצו; נישט נאר די גרויסע, נאר די גאר קליינע. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא", וואס א קינד רעדט, "אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", אדער האט ער דאס געהערט פון דער טאטע אדער פון די מאמע.


מענטשן מיינען אז חינוך האט מיט די קינדער, מוהרא"ש זאגט, חינוך האט מיט זיך; ווי אזוי דו פירסט זיך - וועסטו דאס זען אין דיינע קינדער, אזוי ווי מען קוקט אין א שפיגל; קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואס יעדע צווייטע ווארט איז "אייבערשטער", לויב ווערטער צום אייבערשטן, אדער ווערטער פון אמונה, ווען עפעס פאסירט שרייט מען הויך: "גם זו לטובה!" "שכוח אייבערשטער!" - וועלן די קינדער דאס נאכמאכן, זיי וועלן לעבן מיט אמונה, עס וועט זיי גוט גיין.


אז קינדער הערן עלטערן שרייען און שעלטן, און ווען עפעס גייט נישט ווי מען וויל - ווערט מען פארלוירן, מען שעלט, מען שרייט - וועלן די קינדער אויך אזוי לעבן, און ווען דער טאטע וועט רופן די קינדער אין אן ערנסטן מינוט און לערנען מיט זיי מוסר - וועלן זיי זיך שטילערהייט אונטערלאכן, עס וועט נישט אריינגיין אין זייער הארץ, עס וועט זיי שטעכן די ווערטער; זיי זעען דאך א לעבעדיגע פארקערטע ביישפיל ווי דער מוסר ספר...


עס איז געווען א מעשה מיט א קינד, מען האט אים געפירט אין חדר ביי די דריי יאר זאגן די א' ב'; נישט אלע קינדער לאזן זיך פונעם מלמד זאגן די א' ב', אסאך קינדער וויינען און שרייען. איז געווען א מעשה מיט א קינד וואס האט זיך אנגערופן א זייער מיאוס'ע ווארט, דער מלמד האט נישט געוויסט וואס האט אים באטראפן, 'ווי קען זיין א קינד פון דריי יאר זאל זאגן א מיאוס'ע ווארט וואס מען הערט נאר ביי די נידריגע אומות העולם?' די עלטערן האבן געזוכט א לאך וואו זיך צו באגראבן פאר בושה, אלע זענען געווען דערשראקן, שטיל, מען האט זיך נישט גערירט; דער מנהל האט גענומען דעם קינד און א זייט מיט א גרויסע שטעקן, ער גייט אים שלאגן מלקות, רופט זיך אן א גוטער איד צום מנהל: "פארוואס שלאגסטו דעם קינד? שלאג די עלטערן; דער קינד הערט דאס טאג און נאכט, ער ווייסט נישט וואס מיינט שלעכט, וואס מיינט גוט - ער זאגט וואס ער הערט אין שטוב".


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ה): "אַמָאל הָאט דֶער בֶּן מֶלֶךְ גִישְׁנִיצְט הָאלְץ אוּן הָאט זִיךְ אַ שְׁנִיט גִיטָאן אִין פִינְגֶער. אִיז דִי בַּת מַלְכָּה צוּ גִילָאפִין. אִים אַרוּם בִּינְדְן דֶעם פִינְגֶער. הָאט זִי דָארְט דֶערְזֶען אֵיין אֶבֶן טוֹב", די בת מלכה איז געקומען צו לויפן העלפן דעם בן מלך ווען ער האט זיך צעשניטן די פינגער, אים פארבינדן און אפשטעלן דאס בלוט, האט זי געזען עס איז ארויסגעקומען א דיימאנט, דאס איז דער בן מלך וואס דער צדיק האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין בלויז פון אבנים טובות. קיינער האט נישט געזען אז דאס איז טאקע אזוי געווען, אבער ווען דער בן מלך האט זיך צעשניטן - איז ארויסגעקומען א דיימאנט.


אזוי איז מיט'ן רבינ'ס מענטשן, מען זעט נישט פון דרויסן אז מען איז בלויז פון דיימאנטן, אבער ווען מען צעשניידט זיך, מען קומט אהיים שבת אינדערפרי נאס פון שווייס, קוים וואס מען קען אטעמען, מען גייט א לאנגע וועג, מען האט כח נאר ווייל מען ווייסט אז 'נאך אביסל קום איך אהיים אין א קילע שטוב', און ווען מען קומט אהיים, מען דערזעט זיך אן עירקאנדישן - דעמאלט קומט ארויס די דיימאנט שטיין, מען זאגט: "גם זו לטובה!" מען בלייבט פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1643 - קען איך דרייוון א קאר, ווען עס שמעקט נישט פאר מיין שווער?
שלום בית, שווער און שוויגער, דרייוון, קאר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ובפרט פאר דעם שיינעם שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן דא אין לעיקוואד.


עס איז מיר זייער שווער זיך אן עצה צו געבן אין לעיקוואד אנצוקומען צו מיין ארבעט אן א קאר. איך דארף נעמען א קאר סערוויס צו יעדע פלאץ, וואס איז דאס קאסט מיר בערך טויזנט דאלער א חודש, און אפילו מער; אויסער וואס איך פארליר אסאך צייט ביים ווארטן פאר די קאר אנצוקומען.


מיין ווייב שעמט זיך פון אירע עלטערן אז איך זאל דרייוון א קאר, ווייל מיר זענען רבי'ש, זי פארשטייט מיך אבער אז איך וויל יא האבן א קאר, זי וויל נאר איך זאל רעדן צו איר טאטע, אים מסביר זיין אז איך גיי עס נאר נוצן פאר די ארבעט.


אפשר קען דער ראש ישיבה מיר זאגן ווי אזוי עס צו זאגן פאר מיין שווער? אדער אפשר זאל איך אים גארנישט זאגן, נאר קויפן א קאר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו דרייוון, און אז דיין שווער וויל נישט דו זאלסט דרייוון - זאלסטו זיך נישט רייצן מיט אים.


דארפסט קיינעם נישט זאגן, דארפסט קיינעם נישט פרעגן רשות; קענסט אנהויבן דרייוון, זאג פאר דיין ווייב תחי' אז דו וועסט עס נאר נוצן פאר די ארבעט; איר טאטע וועט נישט וויסן פון דעם, און אויב ער וועט אויסגעפונען אז דו פירסט א קאר - וועט אויך גארנישט פאסירן.


דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן מכבד זיין דיין ווייב און אירע עלטערן, דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, עיין שיחות הר"ן (סימן רסד).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#1642 - ווי אזוי קען איך זיין א גוטע מאמע?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, סבלנות, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער דאנקבאר פאר אלע דרשות און חיזוק וואס מיר באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך ווייס אז איך מיט מיין מאן וואלטן קיינמאל נישט אנקומען צו וואו מיר האלטן יעצט, ווען נישט די געוואלדיגע דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


עס איז דא איין זאך וואס גייט מיר זייער שווער, דאס איז צו מחנך די קינדער. איך האב ברוך ה' ליכטיגע קלוגע געזונטע קינדער, אבער איך פיל זייער שלעכט פאר זיי, ווייל איך און מיין מאן שרייען אסאך אויף זיי, און צומאל געבן מיר זיי אויך פעטש. מיינע קינדער פאלגן נישט! זיי פאלגן נישט מיר און נישט מיין מאן! זיי קריגן זיך, פארגינען נישט, און הרג'ענען זיך א גאנצן טאג.


וויפיל איך פרוביר צו זיין א גוטע מאמע, קען איך אבער נישט אויסהאלטן, און ביים סוף שריי איך אויף זיי, און איך פיר זיך נישט צו די קינדער ווי עס דארף צו זיין.


עס טוט מיר זייער וויי, און איך וואלט זייער געוואלט גיין צו "חינוך קלאסן", זיך אויסצולערנען ווי אזוי מען איז מחנך קינדער, אבער מיין מאן וויל נישט איך זאל גיין, ווייל דער ראש ישיבה רעדט קעגן דעם.


אפשר קען דער ראש ישיבה מיר העלפן און מיר געבן דעם ריכטיגן וועג אין חינוך, אז איך און מיין מאן זאלן קענען זיין בעסערע עלטערן, נישט שרייען און שלאגן די קינדער ווען זיי רעגן אונז אויף מיט זייער אויפפירונג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאן איז גערעכט, איר וועט גארנישט באקומען ביי די פלעצער.


שרייען אויף קינדער איז נישט קיין עצה, און שלאגן איז זיכער נישט קיין עצה. שלאגן העלפט נישט; שלאגן איז א וועג זיך אויסצוגעבן די נערווען. שרייען איז א פוילע וועג, סבלנות איז די וועג; מיט קינדער דארף מען האבן אייזערנע נערווען, נאכמאל זאגן און נאכאמאל זאגן, נישט ווערן אויפגערעגט ווען מען פאלגט נישט.


חינוך הבנים והבנות איז א שווערע ארבעט, אבער עס לוינט זיך די ארבעט, עס לוינט צו האבן סבלנות פאר קינדער; ביים סוף שניידט מען שיינע פירות.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן געדולד, נישט ווערן פארלוירן ווען די קינדער פאלגן נישט. בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט וויסן ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער, ווי אזוי מען מאכט אז קינדער זאלן פאלגן - אזוי וועט איר מצליח זיין מיט זיי. איר וועט נישט דארפן שרייען און שלאגן, ווייל דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן איז די סוד פון הצלחה, נישטא קיין אנדערע עצה נישטא קיין אנדערע טריק מיט קינדער - נאר בעטן און בעטן דעם אייבערשטן.


איר ווייסט די מעשה וואס מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און ארויסגענומען פון ספרים שאנק אן אלטע תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז די תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1641 - ווייל איך האב נישט קיין געלט, מוז איך נעמען פשוטע איידעמער?
שידוכים, שמחות, קינדער, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האלט שוין ברוך ה' אינמיטן חתונה מאכן די קינדער, איך האב ברוך ה' פרנסה צו לעבן בהרחבה, ווען עס קומט אבער צו חתונה מאכן איז מיר זייער שווער און איך שטופ קוים אדורך די הוצאות.


עס טוט מיר אבער וויי אן אנדערע זאך, איך האב אן עלטערער ברודער, א גרויסער עושר, און אלע שידוכים וואס ער האט געטון האט ער באצאלט אסאך געלט צו באקומען די בעסטע שידוכים תלמידי חכמים פון די חשובסטע משפחות, און אויך באצאלט ער פאר זיינע איידימער צו בלייבן זיצן און לערנען, אין ווען איך זע ווי ער האט אזעלכע חשובע איידימער אין איך האב געדארפט טון זייער פשוטע שידוכים ווייל איך האב נישט די געלט צו באצאלן פאר טייערע שדכנים און פאר איידימער צו זיצן און לערנען, טוט עס מיר זייער וויי.


הגם געווענליך בין איך נישט א מענטש וואס קוקט אויף אנדערע און איך בין צופרידן מיט וואס איך האב, אבער מיט דעם קען איך זיך נישט קיין עצה געבן און איך טראכט גאנצע נעכט פון דעם. איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה קען מיך אויסקלארן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די הייליגע חכמים זאגן פארקערט, (נדרים פא.): "הזהרו בבני עניים", געבט אכטונג אויף קינדער פון ארעמעלייט, "שמהן תצא תורה", ווייל פון זיי קומט ארויס תורה, ווייל זיי האלטן זיך קליין, תורה האלט זיך נאר אין א נידריגע פלאץ.


אזוי אויך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (תענית ז.): "למה נמשלו דברי תורה למים", פארוואס איז די תורה צוגעגליכן צו וואסער? עס שטייט (ישעיה נה, א): "הוֹי כָּל צָמֵא לְכוּ לַמַּיִם", "לומר לך", אונז צו לערנען, "מה מים מניחין מקום גבוה והולכין למקום נמוך", אזוי ווי וואסער וועט אוועק רינען פון א הויכע פלאץ, עס רינט ביז די נידריגע פלאץ, "אף דברי תורה אין מתקיימין אלא במי שדעתו שפלה", אזוי אויך האלט זיך נישט קיין תורה ביי בעלי גאווה, נאר ביי קליינע לייט.


אז דו ווילסט האבן ערליכע קינדער, קינדער וואס לערנען, קינדער וואס דינען דעם אייבערשטן - זאלסטו מכבד זיין תלמידי חכמים און ליב האבן תלמידי חכמים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב תלמידי חכמים, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", וועלן זיינע קינדער זיין תלמידי חכמים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", און דער וואס איז מכבד תלמידי חכמים, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועלן זיינע איידעמער זיין תלמידי חכמים, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", און דער וואס האט הכנעה פאר תלמידי חכמים, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א תלמיד חכם, "וְאִי לָאו בַּר הָכֵי הוּא, מִשְׁתַּמְעָן מִילֵיהּ כְּצוּרְבָא מֵרַבָּנָן", און אפילו ער איז נישט קיין גרויסער פארשטייער וועט מען אננעמען זיינע ווערטער אזוי ווי מען הערט אויס די ווערטער פון תלמידי חכמים.


קינדער ווילן טון און וועלן טון וואס איז חשוב ביי זייערע עלטערן; אז די עלטערן טראכטן טאג און נאכט פון געלט - וועלן די קינדער נאך גיין נאך געלט, זיי וועלן נישט לערנען און נישט דאווענען, זיי וועלן עוסק זיין נאר אין געלט, ווידער קינדער וואס זעען די עלטערן האבן ליב ערליכע אידן, זיי רעדן מיט דרך ארץ פון ערליכע אידן, זיי זענען מכבד ערליכע אידן - וועלן זיי ווערן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1640 - וואס איך קען טון וועגן פחדים?
ניגונים, סגולות, פחדים, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים, עס געבט כח און מח. איך האב געוואלט פרעגן וואס איך קען טון וועגן פחדים? עס איז נישט א נייע זאך ביי מיר, אבער לעצטנס איז עס געווארן אסאך שטערקער, איך לייד גאר שטארק פון די אלע פחדים, עס רעדט זיך פון ממש פשוטע זאכן וואס געווענליכע מענטשן טראכטן אפילו נישט צו מורא האבן פון דעם, וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי געבט א סגולה צו מבטל זיין פחדים, צו טראכטן פון אברהם אבינו. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן ד): "סְגֻלָּה לְבַטֵּל אֶת הַפַּחַד, לִזְכֹּר אַבְרָהָם אָבִינוּ", א סגולה אוועק צו נעמען שרעק - דורך טראכטן פון אברהם אבינו, אז מען טראכט פון אברהם אבינו גייען אוועק אלע שרעק.


עס איז דא נאך אסאך סגולות צו מבטל זיין פחדים. דער רבי זאגט (שם, סימן ה): "בִּצְדָקָה תְּבַטֵּל אֶת הַפַּחַד", מיט צדקה קען מען אוועקנעמען שרעק; "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ פְּחָדִים, יְזַמֵּר זֶמֶר שֶׁל שִׂמְחָה", ווער עס האט שרעק זאל זינגען פרייליכע לידער (שם, סימן יא).


דער אייבערשטער זאל העלפן אלע שרעק זאל אוועקגיין.

#1639 - וואס קומט מען זיך צוזאם אום יום שבועות ביי ברסלב'ע חסידים?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שבועות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער יום טוב שבועות איז איינע פון די צייטן וואס מען מאכט א קיבוץ אין ברסלב, מען קומט זיך צוזאם ברסלב'ע חסידים, האב איך געוואלט פרעגן וואס איז די שייכות צווישן יום טוב שבועות און חסידות ברסלב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר,  מ"ד לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט געזאגט, ווער עס וועט קומען צו אים אין די דריי זמנים - ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות - וועט געראטעוועט ווערן פונעם עונש פון עולם התוהו.


עס איז דא אין דעם אן אריכות הדברים (קוק אריין אין ספר פעלת הצדיק אותיות תתמג, תתמה און תתמו). דער רבי האט דערציילט, עס איז געווען אמאל א רב וואס איז נפטר געווארן און זיין נשמה האט זיך געוואלגערט אכט און צוואנציג יאר אין דמיון, אין עולם התוהו - השם ישמרינו. נאך האט דער רבי דערציילט אויף א געוויסער רב, אז ער האט שוין באזוכט און אפאר בתי חיים, דאס הייסט ער איז שוין אפאר מאל מגולגל געווארן, ער ליגט אין עטליכע בתי חיים; א פחד א שרעק, וואס וועלן מיר זאגן?! אז דאס פאסירט מיט א רב - וואס וועט זיין מיט אונז פשוט'ע מענטשן?! אויף דעם האט דער רבי געזאגט אז אויב מען וועט קומען צו אים די דריי זמנים - וועלן מיר געראטעוועט ווערן פון די עונשים.


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין די באדייט פון די דריי צייטן. אז מען קומט צום רבי'ן ראש השנה - וועקט אונז דער רבי אויף פון אונזער טיפן שלאף וכו', יום טוב שבועות באקומען מיר א שטופ און א פרישקייט צו לערנען די הייליגע תורה, דער רבי געבט אונז א וועג ווי אזוי מיר קענען זוכה זיין צו לערנען און שפאצירן בכל חלקי התורה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און שבת חנוכה באקומען מיר פון רבי'ן דער זאך פון תודה והודאה, לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אונז.


וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, ער פאלגט דעם הייליגן רבי'ן בתמימות ובפשיטות, ער איז זיך מתבודד יעדן טאג; ער רעדט צום אייבערשטן, ער שמועסט מיט'ן אייבערשטן, ער דערציילט דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, ער בעט דעם אייבערשטן צו זיין ערליך, צו זיין אפגעהיטן, און ער גייט דאווענען דריי מאל א טאג אין שול, שחרית מנחה מעריב, און ער לערנט שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה; מקרא, משנה, בבלי, ירושלמי, תוספתא, אלע מדרשים, זוהר הקדוש, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, ספרי הלכה, קבלה וכו'; דעמאלט ווען עס וועט קומען די טאג ווען מען וועט צוריקגעבן די נשמה צום אייבערשטן - וועט ער נישט האבן מיט עולם התוהו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1638 - אז איך שטיי נישט אויף ביי חצות, פארוואס זאל מיין ווייב זיך שערן?
שערן די האר, תיקון חצות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר אלע חיזוק וואס באקום כסדר פון די שיעורים, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער אסאך כח.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי איך בין מסביר פאר מיין ווייב פארוואס זי דארף זיך שערן די האר? אויב וועל איך איר דאס אויפווייזן פונעם זוהר, וועט זי מיר זאגן אז איך זאל קודם אויפשטיין חצות, דאס שטייט אויך אין זוהר. וואסערע פשוטע הסבר קען איך איר זאגן אז זי זאל זיך וועלן שערן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, מברכים החודש, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט קיין חוזק; וואס האט אויפשטיין חצות מיט גיין מיט אייגענע האר?! דער זוהר הקדוש שעלט נישט דעם מענטש וואס לערנט נישט ביי חצות, אבער דער מענטש וואס הייסט זיין ווייב זאל זיך שיין מאכן איר האר פאר אים - קוק וואס שטייט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס, 'וּמַה בְּבֵיתָא הַאי', און אז אין שטוב איז אזוי הארב מען זאל זען די האר, 'כָּל שֶׁכֵּן בְּשׁוּקָא', איז דאך זיכער אויב מען זעט די האר ווען זי גייט אין גאס - וועט זיכער קומען די אלע זאכן, 'וְכָּל שֶׁכֵּן חֲצִיפוּתָא אַחֲרָא', און ווער רעדט נאך אז די פרוי פירט זיך מיט אנדערע פריצות - וועלן קומען די שווערע זאכן אויף איר און איר שטוב, 'וּבְגִין כָּךְ', דעריבער זאגט די תורה, 'אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פּוֹרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ, א פרוי וואס פירט זיך איידל וועט זוכה זיין צו אלע ברכות".


וואויל איז דעם וואס איז מחזק זיין שטוב, די ווייב און קינדער - זיי זאלן זיך אפשערן די האר, גיין אין די וועג וואס די הייליגע צדיקים האבן אונז געלערנט - וועט ער זוכה זיין צו אלע ברכות, ער וועט האבן ערליכע קינדער און פרנסה בריווח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1637 - ווען איז בעסער צו רעדן צום אייבערשטן, אינדערפרי אדער ביינאכט?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, שלאפן, סדר היום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן פארוואס איך מוטשע זיך צו רעדן צום אייבערשטן צופרי, ביינאכט איז מיר גרינגער צו רעדן צום אייבערשטן. איך האב אייביג געהאט אז ביינאכט איז מיר גרינגער ארויסגעקומען מיינע תפילות, אבער לעצטנס טרעף איך זיך צופרי ממש איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע תפילה, איך קען פשוט נישט טראכטן פון אן אנדערע זאך צו רעדן אדער בעטן.


איך האב געזען אין ספה"ק ישמח משה (פרשת פקודי עה"פ כי ענן ה'), שטייט דארט "והנה הדרך להתבודד עם קונו הוא מסוגל יותר בלילה", האב איך געטראכט אז אפשר האט שוין דער הייליגער ישמח משה מרגיש געווען אז ביינאכט רעדט זיך בעסער צום אייבערשטן.


איך הער אבער אייביג ביים שיעור ווי דער ראש ישיבה זאגט אז די ערשטע זאך אינדערפרי זאל מען רעדן צום אייבערשטן, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה אויסקלארן דעם גאנצען ענין, ווען איז די ריכטיגע צייט צו רעדן צום אייבערשטן?


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן אסאך הצלחה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, מברכים החודש, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי עס שיינט דיר; אז דיר איז גרינגער צו רעדן צום אייבערשטן ביינאכט - זאלסטו רעדן צום אייבערשטן ביינאכט, זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט. מוהרא"ש זאגט, די אלע וואס האבן אן אויסגעדרייטע סדר, זיי זענען אויף ביינאכט - זאלן לערנען ביינאכט, זיך נישט צעברעכן אז מען קען נישט אויפשטיין באצייטנס; יעדער זאל דינען דעם אייבערשטן לויט זיין סדר, ווי אזוי עס ארבעט מיט אים.


דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' בער זכרונו לברכה פון מעדוועדיווקע, ער פלעגט זיך זייער מוטשען אויפצושטיין חצות; יעדע נאכט איז ער געבליבן שלאפן - מיט אנדערע תירוצים, אבער עס פלעגט אים זייער וויי טון אז ער פארשלאפט זיינע טעג און יארן. איז ער אויפגעקומען מיט א פלאן, ער האט געדינגען א גוי זאל אים קומען אויפוועקן יעדע נאכט ביי חצות, דער גוי פלעגט קומען צוועלף אזייגער קלאפן אויף זיין פענסטער, ער האט געקלאפט און געקלאפט ביז ר' בער איז אויפגעשטאנען, אבער אזוי ווי ער איז געווען א שוואכער כאראקטער, פלעגט ער נאך זיין זייער מיד, און ווען דער גוי איז אים געקומען וועקן, האט ער געטראכט צו זיך 'איך לייג זיך צוריק נאר פאר אפאר מינוט', פארשטייט זיך אז ער איז געבליבן שלאפן ביזן טאג אריין.


אזוי איז געווען נאכט נאך נאכט; ווען ער האט געזען אז די עצה העלפט נישט און ער פארשלאפט יעדע נאכט, איז ער געווארן זייער צעבראכן, האט ער געטראכט א צווייטע עצה - ער האט געבעטן דעם גוי אז ער זאל נישט אוועקגיין פון דארט ביז ער קומט ארויס, פון דעמאלט און ווייטער, ווען דער גוי איז געקומען קלאפן אים אויפצואוועקן און ר' בער האט אים געזאגט אז ער איז שוין אויף און ער קען שוין אהיים גיין, האט אים דער גוי געזאגט: "איך גיי נישט אוועק ביז דו טוסט זיך אן דיינע קליידער, און דו קומסט ארויס - אזוי ווי מיר האבן אפגעשמועסט". פלעגט ער טאקע אויפשטיין, ווייל ער האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, דער גוי איז נישט אוועק פון דארט ביז ווי לאנג ער איז ארויסגעקומען, אבער ער פלעגט האבן שרעקליכע קאפ ווייטאג, ביז ער איז שיעור משוגע געווארן.


ווען ער איז געקומען צום רבי'ן האט ער זיך אויסגעגאסן זיין הארץ, ער האט דערציילט פאר'ן רבי'ן אז ער איז זייער מיד וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "שלאף און עס, נאר היט די צייט", שפעטער האט אים דער רבי געזאגט: "דיין חצות וועט זיין דריי אזייגער".


זעט מען פון דעם אז יעדער איינער האט זיין וועג אין עבודת השם; איינער דארף שלאפן מער און איינער ווייניגער, איינעם איז גרינג ביינאכט זיך מתבודד זיין, א צווייטער איז גרינגער אינדערפרי; דער עיקר איז דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1636 - זאל איך לאזן מיין זון שפילן ביי זיין חבר'ס הויז?
חינוך הילדים, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון איז פיר און א האלב יאר, און ער וויל גיין נאכמיטאג צו זיין חבר'ס הויז זיך שפילן דארט. איך קען די משפחה, זיי זענען א חסידישע משפחה מיט יראת שמים, זאל אים לאזן אהינגיין שפילן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ענדערש זאל דיין קינד רופן חברים צו דיר אין שטוב שפילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1635 - וואס קען איך טון צו פארשטיין די גמרא?
סיפורי צדיקים, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, קברי צדיקים, יונגע יארן, גמרא

תוכן השאלה‎

בעזרת ה' יתברך


לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגל פון ניין יאר, איך וואוין אין טברי', איך לערן אין חדר גמרא, אבער איך פארשטיי נישט גוט די גמרא; וואס זאל איך טון?


יישר כח פאר די שיעורים און די עצות.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בחוקותי, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו פארשטייסט נישט די גמרא וואס מען לערנט אין חדר - זאלסטו טון וואס דער הייליגער רבי האט געטון. דער רבי איז געווען אזוי אלט ווי דיר, א קינד פון ניין יאר, ער האט געוואלט פארשטיין לערנען, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אים העלפן ער זאל פארשטיין לערנען, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן, די קאפ האט זיך געעפנט און ער האט אנגעהויבן פארשטיין לערנען.


דו וואוינסט אין טברי', זאלסטו זיך אריבערכאפן צו די הייליגע צדיקים (פארשטייט זיך מיט רשות פון דיינע עלטערן). גיי צו קבר רבי מאיר בעל הנס און צו קבר רבי עקיבא, קבר רמב"ם און קבר של"ה הקדוש; זיי זיך דארט מתבודד, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט פארשטיין לערנען און ליב האבן לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1634 - מעגן עלטערן זאגן פאר חתונה געהאטע קינדער וואס צו טון?
כיבוד אב ואם, קינדער, מורה דרך, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס עלטערן פון חתונה געהאטע קינדער, טרעפן מיר זיך צומאל אין מצבים וואס מיר זענען אין א פארלעגנהייט אויב מיר זאלן זיי זאגן עפעס ווען מיר זעען ביי זיי זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן, ספעציעל אין אונזער שווערע דור וואס איז פול מיט אזוי סאך שווערע נסיונות.


מיר ווייסן אז עלטערן דארפן זיך נישט אריינמישן אין דאס לעבן פון די חתונה געהאטע קינדער,  מען דארף זיי לאזן לעבן זייערע אייגענע לעבן, אבער פון די אנדערע זייט אויב זעט מען נישט גוטע זאכן, ספעצילע אין רוחניות, זאכן וואס קען זיין ממש א סכנה, דארף מען נאכאלץ בלייבן שטיל, גארנישט זאגן, און זיך נישט אריינמישן? אדער איז יא דא פעלער וואס מיר קענען זיי אויפמערקן און זאגן וואס צו טון, אלס עלטערן?


וואס זענען די כללים, וואס איז די ריכטיגע וועג זיך פירן, אין דעם פארפלאנטערע נושא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עלטערן מעגן זאגן און עלטערן דארפן זאגן, אבער עס ווענדט זיך ווי אזוי מען זאגט דאס; אז מען זאגט דאס שיינערהייט, מיט ליבשאפט - דעמאלט איז גוט צו זאגן, אבער אז מען זאגט דאס נישט אויף א גוטע וועג, דעמאלט זאגן חכמינו זכרונם לברכה (יבמות סה:): "כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע, כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שאינו נשמע", אזוי ווי עס איז א מצוה צו זאגן א זאך וואס מען וועט אויסהערן און אננעמען - אזוי איז א מצוה מען זאל נישט זאגן א זאך וואס מען וועט נישט אננעמען.


מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן ערליכע קינדער, און מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר גאנץ כלל ישראל אלע זאלן תשובה טון, אלע זאלן זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


אמאל קען מען שטילערהייט רעדן צום דיין אדער מורה דרך פון די קינדער, ווען מען ווייסט אז זיי וועלן מער אננעמען פון זיי ווי פון די עלטערן.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן ווי אזוי צו רעדן צו זיי און וואס צו רעדן צו זיי; מיט תפילה וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1633 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון די צוגעבינדענקייט צו שמוציגע זאכן?
קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, מעביר סדרה, התנגדות, סדר דרך הלימוד, מקוה, משניות, תיקון הכללי, גמרא, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוטשע זיך געפערליך אין קדושה, איך בין ממש צוגעבינדען צו קוקן שמוציגע זאכן, און איך פאל ליידער דורך אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, כמעט יעדן איינציגסטן טאג, און דאס טוט מיר זייער וויי.


גראדע האב איך איינמאל געהאט אז איך האב זיך געהאלטן ריין און ערליך פאר אביסל מער פון צוויי חדשים אין א צו, אבער נאכדעם בין איך דורכגעפאלן, און דא האט זיך עס געענדיגט. איך גיי אין מקוה צוויי מאל א וואך, אבער עס העלפט מיר נישט, איך מוטשע זיך נאך ווייטער.


איך גלייב אז דאס איז גורם אסאך פון מיינע פראבלעמען, איך מוטשע זיך מיט שידוכים, כ'האב נישט קיין ישוב הדעת, און עס לאזט מיר נישט לערנען און דאווענען נארמאל, און איך טרעף זיך נישט דאס פלאץ.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן און ווייזן דעם וועג ארויס פון מיין פלאנטער, ווי אזוי קען איך צוריק ווערן א נארמאלער און ערליכער איד, אנהויבן צוריק דאווענען מיט מנין, די שידוכים זאלן גיין גרינגער, און אזוי ווייטער ארויסקריכן פון אלע מיינע פראבלעמען אין לעבן?


איך וועל זייער דאנקבאר זיין אויב דער ראש ישיבה קען מיר ענטפערן ווי שנעלער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב נישט אויף, עס איז דא א וועג ארויס אויך פאר דיר.


ערשטנס איז מקוה; טובל זיך אין מקוה יעדן טאג, בפרט ווען דו ביסט אראפגעפאלן אין פגם הברית זאלסטו זייער מקפיד זיין אין טבילת מקוה, דער הייליגער רבי זאגט: "די ערשטע תיקון איז מקוה".


צווייטנס איז תיקון הכללי; זאג די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים יעדן טאג - קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ; דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן דעם תיקון, דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צב) ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן, נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, זיי זענען אבער אינמיטן נפטר געווארן, מיר האט דער אייבערשטער געהאלפן איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון".


דריטנס איז לימוד התורה; מאך זיך שיעורים קבועים, לערן יעדן טאג חומש - שנים מקרא ואחד תרגום פון פרשת השבוע, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער ביז סוף וואך.


אויך זאלסטו זיך מאכן א קביעות אין לימוד משניות; משניות רייניגט דעם מענטש, משניות איז משנה דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה" - ווי מער מען זאגט משניות איז מען זיך אינגאנצן מְשַׁנֶה און מען ווערט ריין.


משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע; די ראשי תיבות פון: הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי - איז מִשְׁנָה, אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


מה טוב ומה נעים, אויב דו קענסט זאגן אכצן פרקים משניות בכל יום - איז דאס א מורא'דיגע זאך, און אז דו האסט נישט קיין צייט צו זאגן ח"י פרקים - זאג וויפיל דו קענסט.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; לכל הפחות זאלסטו לערנען א בלאט גמרא. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת לִילִית'", און אז מען לערנט גמרא פארברענט מען די קליפה וואס מאכט דעם מענטש זינדיגן אין פגם הברית.


ווען דו וועסט פרובירן לערנען וועסטו זיך טרעפן אין א פראבלעם, דו וועסט נישט פארשטיין דאס לערנען; דאס פאסירט ווען מען איז פוגם בברית, מען פארלירט די כח פון זיך קענען מרכז זיין. בעט איך דיר זייער זאלסט נישט ווערן צעבראכן ווען דו זעסט אז דו פארשטייסט נישט דאס לערנען, דו לערן אפילו אן פארשטיין, זאג די ווערטער. דער רבי זאגט בפירוש (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", מען דארף נישט ביים לערנען נאר איין זאך, זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", מען וועט שפעטער פארשטיין.


זיכער וועסטו זיך אנטרעפן מיט לצים וואס וועלן אוועקמאכן די וועג פון לערנען - זאלסטו זיי נישט אויסהערן, זאלסט רחמנות האבן אויף דיר, אויף דיין נשמה, אויף דיין עתיד; אז דו וועסט נישט רחמנות האבן אויף דיר - וועט קיינער נישט רחמנות האבן אויף דיר. שלמה המלך זאגט (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ חָכַמְתָּ לָּךְ", ווער עס איז קלוג און נעמט אן די ווערטער פון די הייליגע צדיקים - טוט קיינעם נישט קיין טובה, נאר פאר זיך אליינס, "וְלַצְתָּ לְבַדְּךָ תִשָּׂא", און ווער עס מאכט ליצנות פון די ווערטער פון צדיקים - מאכט ליצנות פון זיך אליינס. חכמינו הקדושים זאגן (תנא דבי אליהו, פרק א): "יִקְרָא אָדָם, כְּדֵי שֶׁלֹא תַּשִּׂיגֶנּוּ בּוּשָׁה וּכְלִמָּה בְּשָׁעָה שֶׁאוֹמְרִים לוֹ עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ, עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", מען זאל לערנען חומש און משניות כדי מען זאל נישט דארפן פארשעמט ווערן אויבן אין הימל ווען מען וועט פרעגן די נשמה: "הויב אן זאגן די חומש און משניות וואס דו האסט געלערנט".


ווען א מענטש זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן לויפן אים נאך די קליפות און מזיקים, זיי ווילן אים הרג'ענען. ווען די קליפות זעען ווי דער מענטש וויל תשובה טון - קומען זיי צו אים פארשטעלט ווי מענטשן, זיי מאכן אים חלישות הדעת, און ווען זיי זעען ווי דער מענטש ווערט מקורב צום צדיק - הויבן זיי אן רעדן ליצנות קעגן דעם צדיק; אז דו ביסט נעבעך אזוי אראפגעפאלן און יעצט ווילסטו זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - דארפסטו זיין פעלזן פעסט נישט אויסצוהערן געשפעט אויף צדיקים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם".


פערטנ'ס - התבודדות; זאלסט זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס גייט איבער אויף דיר און וואס באדערט דיר - זאלסטו פארציילן פאר'ן אייבערשטן אויף די שפראך וואס דו רעדסט. טייל איין די שמועס אין דריי; אין די ערשטע חלק פון די שמועס זאלסטו נאר דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט דיר, אויך ווען דו ביסט דערביטערט - זאלסטו זוכן עפעס פינטלעך פון גוטס און דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם, אין די צווייטע חלק פון די שמועס זאלסטו תשובה טון, זאג אויס פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון, זאג ארויס מיט דיין מויל יעדע פרט וואס דו האסט פוגם געווען, סיי דיינע מחשבות, סיי דיינע דיבורים און סיי דיינע מעשים, און זאג צו פאר'ן אייבערשטן אז דו גייסט עס מער נישט טון, און אין די דריטע חלק, די ענדע פונעם שמועס זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר מקרב זיין, ער זאל דיר העלפן צו קענען אלעס מתקן זיין און אים קענען דינען.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, עס גייט ארויס אזא פארגענוגן פון דעם; ווער רעדט נאך ווען מען קומט מיט טרערן צום אייבערשטן, מען בעט אים ער זאל רחמנות האבן, מען זאגט: "הייליגער באשעפער איך קען זיך נישט העלפן, איך קען זיך נישט קריגן מיט'ן סמ"ך מ"ם ער ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, איך האלט אין איין פאלן, איך פאל אין די עבירה פון פגם הברית, איך בין אזוי צעבראכן"; די ווערטער מאכט א רעש אין הימל, אלע מקטריגים אנטלויפן, זיי האבן מער נישט קיין כח צו מקטרג זיין אויפ'ן מענטש.


אז דו וועסט טון וואס שטייט אינעם בריוו - וועסטו געראטעוועט ווערן פון פגם הברית; עס גייט נישט אין איין מינוט, עס נעמט צייט, אבער צום סוף וועסטו ארויסקריכן פון אלע דיינע טונקלקייטן און פון אלע דיינע תאוות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1632 - יעדעס קינד קען מען מאכן פאר א שלעכטער אדער פאר א צדיק
חינוך הילדים, מלמדים, קאמפלימענטס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די ענטפער אויף דעם וואס איך האב אנגעפרעגט וואס צו טון מיט די קינדער אין מיין כתה וואס האבן געקוקט שמוציגע זאכן.


איך האב געטון וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן, און אלעס האט זיך ברוך ה' זייער גוט אויסגעארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו בויסט אויף די קינדער, דו געבסט זיי א וועג זיי זאלן אויסוואקסן צדיקים.


וויסן זאלסטו, מען קען מאכן יעדן קינד פאר א שלעכט קינד און מען קען מאכן יעדן קינד פאר א צדיק; עס ווענדט זיך אינעם מלמד, עס ווענדט זיך וואס פאר א ניגון דער מלמד זינגט פאר'ן קינד. ווען דער קינד הערט טאג און נאכט: "ביסט וואויל", "ביסט ווערד", "ביסט טייער", "קענסט יא", "קענסט גוט", "וועסט זיין א צדיק" - דער ניגון וועט אים מאכן פאר א צדיק, אנדערש איז ווען ער הערט קוֹל עֲנוֹת חֲלוּשָׁה (שמות לב, יח), מען קלאפט אים, מען זאגט אים: "ביסט גארנישט ווערד", "דער אייבערשטער דארף דיך נישט", "דו ביסט א שלעכט קינד", "ביסט אן עקלדיג קינד" - איז דא א קליינע האפענונג אז עפעס זאל ווערן פון דעם קינד.


די הייליגע חכמים זאגן אויפ'ן פסוק (ויקרא יט, ב) "קְדשִׁים תִּהְיוּ", הייליג זאלט איר זיין, "כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי ה' אֱלֹקֵיכֶם", (ויקרא רבה כד, ט): "יָכוֹל כָּמוֹנִי, תַּלְמוּד לוֹמַר כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי", טייטשן די צדיקים דאס אויס נישט בלשון פראגע: "יָכוֹל כָּמוֹנִי?" נאר דער אייבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער: "יָכוֹל", דו קענסט זוכה זיין צו קומען "כָּמוֹנִי" - צו די גרעסטע, העכסטע און הייליגסטע מדריגות, ווי אזוי? "תַּלְמוּד לוֹמַר", זאלסט אסאך זאגן און חזר'ן: "כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי" – "איך בין הייליג", "איך בין גוט", "איך בין א איד", "איך בין א חלק פונעם אייבערשטן", "דער אייבערשטער האט מיך ליב", "דער אייבערשטער דארף מיך יא"; דאס וועט דיר ברענגען צו די גרעסטע, העכסטע און הייליגסטע פלעצער.


דאס איז זייער וויכטיג פאר מלמדים צו וויסן, זיי זאלן אסאך זאגן פאר די קינדער גוטע ווערטער, זיי רופן מיט שיינע לשונות, די קינדער זאלן וויסן: "כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי", און אפילו מען זעט אמאל א קינד פירט זיך נישט אויף גוט, מיינט נישט צו זאגן אז דער קינד איז נישט גוט, אדרבה, עס קען גאר זיין אז דער קינד איז גאר גוט און טאקע פארדעם פארלייגט זיך דער יצר הרע אויף אים, דער אריז"ל זאגט אז דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך מער אויף די קינדער וואס זענען שורשי נשמות.


אונזער ארבעט איז צו זיין אזוי ווי די ערליכע פרויען שפרה און פועה, וואס זיי האבן געמאכט לעבן אידישע קינדער אין מצרים. דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תחומין הלכה ו, אות יח) די צדיקים ווערן אנגערופן "מְיַלְּדוֹת הָעִבְרִיּוֹת", ווייל זיי זענען עוסק צו לעבעדיג מאכן אידישע קינדער, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יא:) וואס איז די נאמען שפרה און פועה? שִׁפְרָה, "שֶׁמְּשַׁפֶּרֶת הַוָּלָד", זי מאכט שיין דעם קינד, פּוּעָה, "שֶׁפּוֹעָה וּמְדַבֶּרֶת וְהוֹגָה לַוָּלָד כְּדֶרֶךְ הַנָּשִׁים הַמְפַיְּסוֹת תִּינוֹק הַבּוֹכֶה", זי רעדט צום קינד, אזוי ווי די סדר פון פרויען וואס רעדן שיין צום קינד, בארואיגן דאס קינד פון וויינען; זאגט רבי נתן, דאס טוען די צדיקים, 'שפרה' זיי מאכן שיין אידישע קינדער, זיי זוכן אויף אין אידישע קינדער גוטע זאכן, זיי זוכן נקודות טובות, זיי ווייזן פאר דעם מענטש 'קוק ביסט יא שיין, ביסט יא ווערד, האסט אין דיר אזויפיל גוטס'. אזוי אויך ווערן די צדיקים אנגערופן בלשון פועה, "כִּי כֵן הוּא מַמָּשׁ עִסְקֵי הַצַּדִּיקִים עִם יִשְׂרָאֵל", דאס איז דאך ממש וואס די הייליגע צדיקים טוען מיט אידישע קינדער, "שֶׁפּוֹעִין וְהוֹגִין וּמְדַבְּרִין עִמָּהֶן וְשׁוֹרְקִין וּמְצַפְצְפִין וּמְרַמְּזִין אֲלֵיהֶם", זיי רעדן, זינגען, פייפן, קוויטשקען און ווינקען, "לְחַזְּקָם", זיי צו שטארקן, "לְעוֹרְרָם", זיי אויפצואוועקן, "וּלְהַגְבִּיהָם", זיי אויפהייבן, "וְלַהֲרִימָם", זיי דערהייבן, "מִכָּל מִינֵי נְפִילוֹת וִירִידוֹת וְהַשְׁלָכוֹת שֶׁלָּהֶם", פון וואו זיי זענען אראפגעפאלן און פארווארפן, "שֶׁיִּזָּרְזוּ בְּכָל יוֹם וּבְכָל עֵת לְהִתְעוֹרֵר מֵחָדָשׁ בַּעֲבוֹדַת ה' בְּכָל מַה שֶּׁיּוּכְלוּ לַחֲטֹף", זיי זאלן זיך שטענדיג אויפוועקן און אנהויבן פונדאסניי, "וְהוּא מַמָּשׁ כְּדֶרֶךְ שֶׁמְּפַיְּסִין תִּינוֹק הַבּוֹכֶה, שֶׁזֶּהוּ בְּחִינַת פּוּעָה", ממש אזוי ווי די פרויען וואס בארואיגן א קינד פון וויינען, "וְהַדְּבָרִים מוּבָנִים לְכָל אֶחָד לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ רַחֲמָנוּת הַצַּדִּיקֵי אֱמֶת עָלֵינוּ אֲשֶׁר עַל יָדָם ה' יִתְבָּרַךְ מְחַזֵּק וּמְנַחֵם אוֹתָנוּ", דאס איז זייער פארשטענדליך פאר די וואס ווייסן די רחמנות פון די אמת'ע צדיקים, וואס דורך זיי העלפט אונז דער אייבערשטער און טרייסט אונז, אזוי ווי עס שטייט: "כְּאִישׁ אֲשֶׁר אִמּוֹ תְּנַחֲמֶנּוּ כֵּן אָנֹכִי אֲנַחֶמְכֶם" וְכוּ'.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט גערעדט מיט די קינדער וואס דו האסט זיי געכאפט קוקן עבירות, זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט זיי געלערנט דאס נישט צו טון און זיי געזאגט אז זיי קענען תשובה טון, אזוי זאלסטו ווייטער טון; זאלסט אכטונג געבן די קינדער זאלן זיין הייליג, זאלסט זיי אויפבויען, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער האט זיי ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1631 - ווי אזוי קען איך גרינגער מאכן מיין שמירת עינים?
תפילות אויף אידיש, שמחה, עצבות, שמירת עינים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, איך בין געפארן לערנען אין א צווייטע שטאט אין א ישיבה, איך פרוביר צו לערנען און דאווענען, אבער איין זאך איז מיר זייער שווער, איך קען זיך נישט היטן די אויגן, עס איז מיר זייער שווער מיט שמירת עינים.


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, אבער נאכאלץ מוטשע איך זיך זייער מיט דעם. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר געבן עצות און חיזוק אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איידער דו גייסט ארויס אין גאס זאלסטו מאכן א תפילה אז דער אייבערשטער זאל דיר היטן דיינע אויגן, און ווען דו ביסט אויפ'ן וועג זאלסטו זיך מתבודד זיין, בעט דעם אייבערשטן אויף שמירת עיניים.


דא האסטו א קליינע תפילה צו בעטן אויף שמירת עיניים:


"הייליגער באשעפער איך בעט דיר זייער, היט מיך פון שלעכטס; העלף מיר איך זאל קענען היטן מיינע אויגן. איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג; איך ווייס אז אלעס איז געוואנדן אין היטן די אויגן, אויב חס ושלום מען איז מפקיר די אויגן - פארמאכן זיך אלע ליכטיגקייטן, עס ווערט א חורבן; אבער עס אז מיר אזוי שווער, איך שפיר אסאך מאל ווי איך קען זיך בכלל נישט קאנטראלירן.


דעריבער קום איך צו דיר טאטע זיסער, רחם עלי, דערבארעם זיך אויף מיר, העלף מיר, געב מיר כח איך זאל היטן מיינע אויגן, איך זאל געדענקען די שאדן וואס איך טו זיך אליינס מיט'ן נישט היטן די אויגן, מען פארלירט אלע גוטע זאכן. העלף מיר איך זאל האבן כח זיך צו שטארקן נישט צו קוקן, איך זאל נאר טראכטן פון דיר.


רבונו של עולם איך וויל זיין פרייליך, ווייל ווען איך בין פרייליך קען איך זיך היטן מיינע אויגן. די הייליגע צדיקים האבן אונז מגלה געווען אז מיט שמחה ווערט מען אפגעהיטן פון פגם הברית; בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויף מיין עצבות ומרה שחורה, איך זאל זיין נאר פרייליך, יהי לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך ה' צורי וגואלי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1630 - איך בין זייער צעמישט, אויף וועלכע סדר זאל איך לערנען?
לימוד התורה, מעביר סדרה, סדר דרך הלימוד, משניות, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט''א,


איך האב ברוך ה' זוכה געווען מסיים צו זיין ששה סדרי משנה אין זכות פונעם ראש ישיבה, ווען איך האב אבער געהאלטן אינמיטן די צווייטע מאל בין איך איינמאל אריין אין א ויכוח מיט מיין טאטע, ער האט מיר געזאגט אז איך קען לערנען אסאך מער פון דעם, און אז ס'איז גוט אז איך זאל אויך מאכן א שיעור לערנען און יא פארשטיין, איך האב צוריק גע'טענה'ט מיט אים, און פון דעמאלט בין איך אביסל קאלט געווארן פונעם דרך הלימוד.


איך האב שוין פרובירט אן א שיעור מאל אנהייבן נאכאמאל, איך האב אבער געהאט אלע סארט מניעות, איך האב פארלוירן די משניות, פארלוירן די סימן וואו איך האלט, דריי טעג יא געלערנט און א תקופה נישט; אינמיטן האב איך אנגעהויבן גמרא, א תקופה האב איך זיך פארלייגט אויף מעביר סדרה זיין, א תקופה האב איך פרובירט אלעס צוזאמען. לעצטנס האב איך געקויפט א נייע סעט משניות און איך האב שוין געענדיגט סדר זרעים, אבער ס'איז אויך נישט יעדן טאג.


מיין שאלה איז ווי אזוי איך גיי פון דא און ווייטער, וואס זאל איך לערנען חק ולא יעבור? וויפיל זאל איך יעצט לערנען יעדן טאג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


זע צו לערנען יעדן טאג אביסל מקרא, שנים מקרא ואחד תרגום. טייל עס איין אויף די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער. חכמינו הקדושים זאגן (ברכות ח.) "שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווער עס לערנט יעדע וואך די פרשת השבוע צוויי מאל חומש און איין מאל תרגום - וועט זוכה זיין צו לאנגע טעג און א לאנגע לעבן.


דאס וועט דיר היטן פון עבירות. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט פון הייליגן צדיק רבי יששכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י, איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן".


אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג משניות; נישט משנה וויפיל פרקים, וויפיל דו קענסט, פון איין פרק ביז אכצן, ביז הונדערט פרקים; דער עיקר זאלסט עפענען יעדן טאג די משניות.


אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג לכל הפחות א בלאט גמרא, מה טוב דו זאלסט לערנען די בלאט גמרא וואס תלמידי היכל הקודש לערנען; קענסט קוקן אין 'לוח היכל הקודש', דארט האט מוהרא"ש אריינגעשטעלט יעדן טאג דעם בלאט פונעם טאג. גמרא - דאס פארברענט אלע קליפות, דעריבער וועט דער סמ"ך מ"ם אלעס טון אז דער מענטש זאל נאר נישט עפענען די הייליגע גמרא.


עס איז דא אסאך צו לערנען, אבער דער אנהויב דארף זיין אין משניות און גמרא, די צוויי לימודים שטעלט אוועק דעם מענטש מען זאל נישט פארקריכן, מען זאל בלייבן א איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1629 - מיט'ן רבינ'ס עצות האב איך איבערגעלעבט די טעראר אטאקע
חסידות ברסלב, אמונה, הפצה, קאראנע וויירוס, פחדים, טעראר אטאקע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נעכטן נאכט האט פאסירט א שרעקליכע טעראר אטאקע נעבן מיין שטוב, מיין ווייב איז געווען דעמאלט מיט די קינדער אויף יענעם גאס וואו עס האט פאסירט, אלעס איז גלייך געווארן אפגעשפארט, מענטשן זענען געלאפן צו אלע זייטן, איך בין געווען אינדערהיים און איך האב א גאנצע צייט געזאגט צו מיר אליין, "דער אייבערשטער איז מיט מיר, דער אייבערשטער איז מיט מיר", איך בין אראפגעלאפן אין גאס, די טעראריסטן זענען שוין אוועקגעלאפן, איך האב ארויפגעברענגט טייל קינדער, זיי זענען געווען זייער דערשראקן, עס איז געווען א גרויסע בהלה פון פאליציי און הצלה, און איך האב גע'חזר'ט מיט זיי איין מאל און נאכאמאל אז דער אייבערשטער איז מיט אונז, און מיר האבן מתפלל געווען אז אלע אידן זאלן זיין געזונט און שטארק.


איך האב פלאצירט די קינדער ביי די שכנים און צוריק געלאפן ארויפברענגען מיין ווייב און די בעבי, און איך הער ווי מיין ווייב רעדט אויך צו זיך, זי בארואיגט זיך אז דער אייבערשטער איז מיט אונז, דער אייבערשטער היט אויף אונז.


איך קען נישט גענוג דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין מקורב צום הייליגן רבי'ן, מיר זענען זוכה צו הערן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, וואס ברענגט אריין אין אונז אז עס איז נישטא פון וועמען און פון וואס מורא צו האבן, ווייל דער אייבערשטער איז אלץ מיט אונז, ער געבט אכטונג אויף אונז, און וואס עס דארף פאסירן וועט סיי ווי פאסירן, דער אייבערשטער טוט נאר גוט פאר אונז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א מתנה דער רבי! ווען עס פאסירט עפעס שרעקעדיג פארלירט מען זיך נישט; דער רבי באקט אריין אין אונז א שטארקע לויטערע קלארע אמונה, ווען עס פאסירט א שרעק בלייבט מען שטארק מיט אמונה.


דאס האט מען געקענט זען ווען עס האט אויסגעבראכן די מגיפה פון קאראנע; אין אנהויב זענען מענטשן געווארן פארפאניקט, מענטשן זענען געשטארבן פון פחד, דעמאלט האט מען געזען ווי די אלע וואס לעבן מיט א צדיק - די זענען אנגעגאנגען מיט'ן לעבן. אזוי אויך יעדעס מאל די נייעס ווארפט א שרעק, אדער עס פאסירט א טעראר אטאקע וכדומה לזה, די וואס האבן אמונה - די קענען ווייטער אנגיין מיט זייער לעבן, און די וואס האבן נישט קיין צדיק - די פאלן חלשות, די דארפן ענדיגן זייערע טעג און יארן, זייער גאנצע לעבן - ביי פסיכיאטארן.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; אויך גיי הפצה, געב די גוטע לעבן פאר אידישע קינדער, זאלן אלע לעבן די חיים טובים וואס דער רבי געבט אונז. עס איז דאך אזוי אנדערש ווען מען לעבט מיט א צדיק, מען האט א קלארע לויטערע אמונה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ 'שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת'", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק, זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1628 - דארף מען איבערלאזן אביסל פון דאס עסן?
פרנסה, מנהגים, סגולות, עסן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען פאר די שיינע ניגונים, ספעציעל פאר די ניגונים איבער די מלחמה אין אוקריינא, עס איז מיר זייער מחזק. וואס איך פארשטיי נישט אזוי גוט אידיש, באקום איך אבער א חשק צום אייבערשטן ביים הערן די ניגונים.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי שרייבט, "מה שאתה אוכל תשייר, כדי שיכול ברכת ה' במזונותיך", מען זאל איבערלאזן אביסל פון וואס מען עסט, און דאס ברענגט עס זאל אריינקומען די ברכה. האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי דאס ארבעט, וואס טוט מען מיט דאס עסן וואס בלייבט איבער? איז דאס נישט בל תשחית סתם אוועקצואווארפן עסן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות אכילה, סימן א): "מִמַּה שֶּׁאַתָּה אוֹכֵל תְּשַׁיֵּר, כְּדֵי שֶׁיָּחוּל בִּרְכַּת הַשֵּׁם בִּמְזוֹנוֹתֶיךָ", ווען דו עסט זאלסטו עפעס איבערלאזן כדי עס זאל אריינקומען די ברכה אין דיין עסן.


אזוי זאגט דער הייליגער זוהר הקדוש (פרשת יתרו פז:) רַבִּי שִׁמְעוֹן פָּתַח: רבי שמעון זאגט, עס שטייט (מלכים-ב ד, ב): "וַיֹּאמֶר אֵלֶיהָ אֱלִישָׁע מָה אֶעֱשֶׂה לָּךְ", אלישע האט געפרעגט די ווייב פון עובדיה הנביא, וואס קען איך דיר העלפן? "הַגִּידִי לִי מַה יֶּשׁ לָךְ בַּבָּיִת", זאג מיר, וואס האסטו אין שטוב? "אָמַר לָהּ אֱלִישָׁע, כְּלוּם אִית לָךְ עַל מַה דְּתִשְׁרֵי בִּרְכָתָא דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא", האסטו דען אין שטוב עפעס אויף וואס די ברכה זאל קענען חל זיין? "דְּתָנֵינָן אָסוּר לֵיהּ לְבַר נָשׁ לְבָרְכָא עַל פָּתוֹרָא רֵיקָנַיָּא", ווייל מען טאר נישט בענטשן אויף א ליידיגע טיש, "מַאי טַעְמָא", פארוואס טאר מען נישט בענטשן אויף א ליידיגע טיש? "מִשּׁוּם דְּבִרְכָּתָא דִּלְעֵילָּא, לָא שַׁרְיָא בַּאֲתָר רֵיקָנַיָּא", ווייל די ברכה קען נישט קומען אויף א ליידיגע טיש, "וּבְגִינֵי כַּךְ, בָּעֵי בַּר נָשׁ לְסַדְּרָא עַל פָּתוֹרֵיהּ, חַד נַהֲמָא אוֹ יַתִּיר, לְבָרְכָא עֲלוֹי", דעריבער דארף מען אנגרייטן א ברויט עס זאל בלייבן ביי ברכת המזון, "וְאִי לָא יָכִיל", און אויב מען קען נישט אוועקלייגן א גאנצע ברויט, "בָּעֵי לְשַׁיְּירָא מֵהַהוּא מְזוֹנָא דְּאָכַל", דארף מען איבערלאזן אביסל פון וואס מען האט געגעסן, "עַל מַה דִּיבָרֵךְ", אויף וואס צו בענטשן, "וְלָא יִשְׁתְּכַּח דִּיבָרֵךְ בְּרֵיקַנְיָּא", כדי נישט צו בענטשן אויף א ליידיגע טיש.


אזוי אויך זאגט דער זוהר אין פרשת תרומה (דף קנז:): "פָּתוֹרֵיהּ אִצְטְרִיךְ דְּלָא יְהֵא בְּרֵיקָנַיָּא", דער טיש זאל נישט זיין ליידיג, "דְּהָא לֵית בִּרְכְתָא מִשְׁתַּכְּחָא עַל פָּתוֹרָא רֵיקָנַיָּא", ווייל די ברכה קומט נישט ביי א ליידיגע טיש, "כְּמָה דְּאוּקְמוּהָ, דִּכְתִיב (מלכים-ב ד, ב): "הַגִּידִי לִי מַה יֶּשׁ לָךְ בַּבָּיִת" וְגוֹ', אזוי ווי מיר געפונען ביי אלישע, ער האט געפרעגט די ווייב פון עובדיה הנביא זאג מיר אויב דו האסט עפעס אין שטוב וכו', "וְעַל דָּא פָּתוֹרָא לָא אִצְטְרִיךְ לְאִתְחֲזָאָה בְּרֵיקָנַיָּא", דעריבער זאל דער טיש נישט זיין ליידיג, "דְּהָא בִּרְכָּאן עִלָּאִין לָא שַׁרְיָין, אֶלָּא בַּאֲתָר שְׁלִים", ווייל די ברכות פון אייבערשטן קומט נישט נאר אין א פלאץ וואס איז גאנץ, "וְרָזָא דָּא", דעם סוד געפונען מיר (שמות לא, ו) "וּבְלֵב כָּל חֲכַם לֵב נָתַתִּי חָכְמָה", דער אייבערשטער געבט חכמה אין א הארץ וואס האט שוין חכמה, "וּכְתִיב", נאך שטייט (דניאל ב, כא) "יָהֵב חָכְמְתָא לְחַכִּימִין", דער אייבערשטער געבט חכמה פאר ווער עס האט שוין חכמה, "וְעַל רָזָא דְּנָא", דאס איז דער סוד פונעם "שֻׁלְחָן דְּלֶחֶם הַפָּנִים, דִּכְתִיב (שמות כה, ל) 'וְנָתַתָּ עַל הַשֻׁלְחָן לֶחֶם פָּנִים לְפָנַי תָּמִיד'", עס האט שטענדיג געדארפט זיין ברויט אין בית המקדש אויפ'ן שלחן אז די ברכה זאל חל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1627 - וואס זענען די מנהגים ביים חדר-פירן אין טאג פון חאלאקע?
מנהגים, חאלאקע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון ווערט יעצט דריי יאר, מיר גייען אים אפשערן און פירן אין חדר ווי דער מנהג איז. איך האב געוואלט פרעגן עטליכע שאלות איבער דעם.


דער מנהג אז מ'וויקלט איין דאס קינד אין א טלית, איז נאר אויפ'ן וועג צום חדר, אדער אויך אויפ'ן וועג אהיים?


במשך דעם גאנצן טאג טאר מען אים נישט ארויסלאזן פון הויז, אז ער זאל נישט זען וואס מ'דארף נישט אין דעם הייליגן טאג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת קדושים, ה' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען פירט זיך אז מען וויקלט איין אין א טלית אויפ'ן וועג צום חדר און אויפ'ן וועג אהיים פון חדר, אים היטן זיינע אויגן.


אויך ברענגט מען נישט אין שטוב א גוי'טע אינעם טאג וואס מען מאכט אים פיאות, מען היט דעם קינד ער זאל נישט זען נישט אידן.


העיקר פארגעס נישט וואס איך האב דיר שוין געשריבן, מאך נישט פון טפל – עיקר, דאס איז אלעס שיינע מנהגים, אבער דער עיקר זאלסטו און דיין ווייב דאנקען דעם אייבערשטן, טאג און נאכט זאלן דיינע ליפן זאגן: "יישר כח אייבערשטער פאר אונזער לעבן און פאר'ן זוכה זיין צו מאכן פאות פאר אונזער קינד", און בעטן אויף ווייטער.


א גוט שבת.

#1626 - אפשר זענט איר מעורר איבער די הארבקייט פון א שייטל פאר פרויען?
צניעות, חיזוק פאר פרויען, מורה דרך, צדיקים, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס אז דער ראש ישיבה זוכט נאר דעם אמת לאמיתה, און דעריבער ווענד איך זיך צו אייך, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט ארויסקומען א קידוש ה' דערפון.


די זאך שטערט מיר זייער שטארק, דער אייבערשטער האט אונז געגעבן מצוות, און אסאך מאל זענען דא מענטשן וואס טראכטן נישט וואס דער אמת'ער רצון ה' איז מיט די מצוה, פארוואס דער אייבערשטער האט דאס באפוילן, און מ'פרובירט צו טון שטיקעס און טריקס זיך ארויסצודרייען דערפון. צום ביישפיל די מצוה פאר א פארהייראטע פרוי זיך צוצודעקן דעם קאפ, פארוואס האט דער אייבערשטער דאס געהייסן? פאר צוויי סיבות, איינס אז מ'זאל וויסן אז זי איז חתונה געהאט און זי זאל זיין אפגעהיטן, און די צווייטע סיבה אביסל אוועקצונעמען פון איר שיינקייט, עס זאל נישט ציען דאס אויג פון פרעמדע. אבער וואס עס פאסירט מיט די היינטיגע שייטלעך איז דאך ממש פונקט פארקערט פונעם רצון ה', מען האט שוין געהערט מעשיות אז מ'האט אנגעטראגן שידוכים פאר חתונה געהאטע פרויען, מיינענדיג אז זי איז נאך א מיידל, און אנשטאט צו באהאלטן איר שיינקייט, איז עס פונקט פארקערט, אלס מיידל איז נאך געגאנגען מער צוזאמגענומען איידל די האר בצניעות, און נאך די חתונה טוט זי זיך אן אן אפענע שיינע שייטל וואס איז פיל ווייניגער צניעות'דיג, ממש א שרעק ווי אזוי עס זעט אויס.


איך האב אויך געהערט אויף א געוויסער צדיק פון אנשי שלומינו פון אסאך יארן צוריק, אז זיין טאכטער האט געוואלט אויסטון די שייטל און אנטון א שפיצל, האט ער איז געזאגט אז ענדערש זאל זי בלייבן מיט'ן שייטל און וויסן אז זי איז נישט גוט, אזוי וועט זי עס איין טאג אויסטון און גיין געהעריגע צניעות'דיג אפגעבינדען, ווי איידער אנצוטון א שפיצל, וואס האט פעדעמער אזוי ווי האר, און זיך איינרעדן אז זי איז שוין אין ארדענונג.


אז אידישע קינדער הערן אויס אייערע דרשות, אפשר קענט איר מעורר זיין איבער דעם ענין, אז פרויען זאלן זיך אנטון דעם אמת'ן צניעות-קרוין, זיך צוצודעקן דעם קאפ אינגאנצן, און אזוי אריינברענגען קדושה אין אידישע קינדער, און ברענגען די גאולה שלמה בקרוב, אמן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, גיין א טיכל איז זייער ערליך און זייער חשוב, אבער עס איז דא א וויכטיגע זאך וואס די הייליגע צדיקים מנהיגי ישראל האבן פארשטאנען ווי אזוי צו פירן כלל ישראל.


מוהרא"ש דערציילט פונעם הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו, ער האט זייער מקפיד געווען אז פרויען זאלן זיך אפשערן און גיין נאר מיט א טיכל. מיט דעם אלעם, פון ווען ער איז געקומען אין שטאט סאטמער און ער האט געזען אידישע פרויען גייען מיט אייגענע אפענע האר, האט דער צדיק געזאגט: "ענדערש גיין מיט א שייטל ווי צו גיין מיט אייגענע האר"; אויך איז ענדערש צו גיין מיט א שייטל ווי עס זאל זיך נאר ארויסשטעקן אביסל אייגענע האר, דאס איז דאך א קלארע פאקט אז די וואס גייען מיט אייגענע האר צוגעדעקט מיט א טיכל - גליטשט זיך אראפ די טיכל און די האר זעט זיך ארויס, און די וואס גייען מיט א שייטל - ביי זיי איז די האר צוגעדעקט.


די אלע וואס פארפירן קעגן שייטלעך - מאכן נאר חרבנות; די אלע נייע אנשיקענישן צווישן פרויען וואס רעדן און העצן קעגן שייטלעך - די זענען פארדארבערס, ווייל די הייליגע צדיקים וואס זיי האבן געוואלט אריינברענגען נאר קדושה וטהרה ביי אידישע קינדער, זיי האבן זיך זייער לעבן מוסר נפש געווען פאר קדושת ישראל - ביי זיי אין שטוב איז נישט געווען די זאך פון האר אדער שייטל, ביי זיי איז מען געגאנגען אפגעשוירן מיט א טיכל; זיי האבן פארשטאנען דעם דור, זיי זענען געווען מנהיגי ישראל, זיי האבן געוויסט אז אויב וועט מען אסר'ן שייטלעך וועט מען גיין מיט אייגענע אפענע האר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1625 - וואס טו איך מיט די קינדער וואס קוקן נישט גוטע זאכן?
חינוך הילדים, קדושה, תשובה, מוסר, מלמדים, עונשים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, איך פרוביר צו רעדן צו די קינדער פון אמונה, יראת שמים, און קדושה. היינט איז מיר ווידער אויסגעקומען צו רעדן פון דעם, און נאכ'ן שיעור איז א אינגל צוגעקומען צו מיר און געזאגט אז עס איז דא צוויי קינדער וואס זאגן אז זיי האבן געזען צוזאמען א זייער שלעכטע מאווי.


וואס טוט מען אין אזא פאל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו ביסט זוכה צו לערנען מיט תינוקות של בית רבן תורה ויראת שמים. מען קען נישט באגרייפן דאס גרויסקייט פון א מלמד, די מלמדים היטן די וועלט, אויף זייער זכות שטייט די גאנצע וועלט.


דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי הייבט אן דעם הייליגן ספר זוהר אין די הקדמה (דף א): "מָאן מְקַיֵּם עָלְמָא", אויף וועמענס זכות שטייט די וועלט? "וְגָרִים לַאֲבָהָן דְּאִתְגַּלְּיָן", אין וועמענס זכות ווערן אנטפלעקט די הייליגע אבות? "קַל יְנוֹקֵי דְּלָעָאן בְּאוֹרַיְתָא", אין די זכות וואס אידישע קינדער לערנען די הייליגע תורה. "וּבְגִין אִנּוּן רַבְיָין דְּעָלְמָא", אין די זכות פון די קינדער, "עָלְמָא אִשְׁתְּזִב" - היט דער אייבערשטער די וועלט. "לְקָבְלֵיהוֹן (שיר השירים א) תּוֹרֵי זָהָב נַעֲשֶׂה לָךְ, אִלֵּין אִנּוּן יְנוֹקֵי רַבְיָין עוּלְמִין", תורי זהב, דאס זענען די אידישע קינדער, "דִּכְתִיב (שמות כה) וְעָשִׂיתָ שְׁנַיִם כְּרוּבִים זָהָב".


וואויל איז דיר אז דו רעדסט פון קדושה וטהרה; זאלסט ווייטער רעדן צו די קינדער פון שמירת הברית, שמירת עיניים און שמירת הדיבור. וועסט זען על פי רוב נאכן רעדן צו קינדער פון קדושה פון יראת שמים, אז עס שווימט ארויף מעשיות, קינדער קומען דערציילן וכו'. אז א קינד איז דיר געקומען דערציילן אז קינדער קוקן עבירות זאלסטו נעמען די קינדער, יעדן קינד באזונדער, און אויספרעגן; ווען מען פרעגט אויס קינדער דארף מען זיי ווייזן פון איין זייט שטארקייט, און אויך רחמנות; דער קינד דארף וויסן אז ער האט געטון אן עוולה, אבער נאר אז מען ווייזט אים אז ער קען תשובה טון, ער האט א וועג צוריק צום אייבערשטן - וועט ער זיך מודה זיין און מען וועט אים קענען מאכן פאר א צדיק; אז מען ווארפט א שרעק, א מורא - קען זיין ער וועט מודה זיין, אויך קען זיין אז ער וועט פון יאוש גארנישט דערציילן.


אז די קינדער וועלן דיר דערציילן וואס גייט פאר - זאלסטו זיי זאגן: "דער אייבערשטער לאזט נישט קוקן עבירות, דער אייבערשטער איז אויף אלעס מוחל, אבער ביי דעם איז דער אייבערשטער נישט מאריך אפו", אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה כו, ה): "עַל הַכֹּל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַאֲרִיךְ אַפּוֹ, חוּץ מִן הַזְּנוּת", אויף אלע עבירות וואס א מענטש טוט ווארט דער אייבערשטער מען זאל תשובה טון, אבער ווען עס קומט צו ניאוף רחמנא לצלן - דארט איז דער אייבערשטער נישט מאריך אף, נאר דער אייבערשטער באשטראפט דעם מענטש מיט א ביטערן עונש.


אויב עס פעלט זיך אויס - זאלסטו רעדן צו די עלטערן, אבער נאר אז עס וועט העלפן, זיי וועלן העלפן די קינדער.


זיי שטארק, גיי אן ביי דיין הייליגע ארבעט.

#1624 - ווי אזוי לערנט מען אויס גאר קליינע קינדער צו זיין ערליך?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קדושה, תפילה והתבודדות, ברכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע אידישע ניגונים, זיי זענען ממש מחי' נפשות.


איך האב געוואלט פרעגן איבער מיין זון וואס ווערט יעצט דריי יאר. זייט מען האט אים אויסגעלערנט גיין אין בית הכסא, זע איך אז ער רירט זיך אן כסדר נישט צניעות'דיג. איך האב שוין פרובירט אלע עצות און גארנישט האט געהאלפן, עס גייט שוין אן אזוי פאר עטליכע חדשים, איז דא עפעס אן עצה דאס אפצושטעלן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חינוך איז אן עבודה וואס מען דארף האבן אסאך חכמה און אסאך געדולד דערצו. ערשטנס דארף מען וויסן ווען און וויפיל צו זאגן פאר די קינדער, אויך ווי אזוי צו רעדן אז זיי זאלן דאס אננעמען; ובנוסף לזה דארף מען האבן אסאך געדולד אויסצואווארטן ביז מען זעט די פירות.


קליינע קינדער, דריי יעריגע קינדער - זענען נישט שלעכט, זיי האבן נאכנישט קיין דעת, מען דארף זיי צוגעוואוינען ווי אזוי זיך צו פירן, אזוי וועלן זיי אויסוואקסן ערליכע אידן.


דעריבער זאלסטו מיט געדולד און מיט אסאך חכמה אים אויפבויען, אים אויסלערנען צו זיין ערליך; מען זאגט איין מאל, און נאכאמאל און א דריטע מאל ביז די קינדער ווערן ערליכע אידן. דאס איז ביי אלע זאכן, סיי ווען מען לערנט זיי אויס ווי אזוי צו זיין הייליג און סיי מיט אנדערע זאכן. צום ביישפיל, ווען א קינד וויל עסן דארף מען אים דערמאנען צו מאכן א ברכה; וועט איינער קומען זאגן 'איך ווייס נישט וואס צו טון, מיין קינד מאכט נישט קיין ברכות, איך האב אים שוין געזאגט אז מען דארף מאכן א ברכה און ער פאלגט נישט'; וועל איך יענעם זאגן: "איך זאג מיינע קינדער צו מאכן ברכות - נישט איין מאל, מן הסתם טויזנטער מאל"; יעדער קינד ביי מיר האט שוין זיכער געהערט טויזנטער מאל: "א ברכה!" "מען טאר נישט עסן אן א ברכה!" "אויב מען עסט אן א ברכה גנב'עט מען פונעם אייבערשטן!" אזוי רעדט מען צו זיי ביז זיי וואקסן אויף ערליכע אידן.


הכלל, מען דארף האבן אסאך געדולד צו רעדן נאכאמאל און נאכאמאל, און מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי צו רעדן אז די קינדער זאלן אננעמען די ווערטער, מען זאל נישט נערוועז ווערן ווען מען זאגט זיי ווי אזוי זיך צו פירן.


עלטערן דארפן בעטן און בעטן אן א שיעור דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער. מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און ארויסגענומען פון ספרים שאנק אן אלטע תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1623 - ווי אזוי קען מען זיך אפגעוואוינען פון אזויפיל טראכטן פון געלט?
ספרי ברסלב, פרנסה, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק, ספעציעל פאר די קורצע "חיזוק יומי".


איך האב צוויי שאלות צו פרעגן בענין פרנסה און געלט: 1) אסאך מאל מאכט זיך אין מיין ביזנעס שטילע תקופות וואס עס איז דא ווייניג ארבעט, און עס הייבט אן לויפן מחשבות אין מיין קאפ אז איך זאל רופן מענטשן, פרובירן צו טרעפן פרישע קאסטומערס, אבער איך קען זיך נישט נעמען דאס צו טון ווייל איך פיל אז פרנסה קומט פון באשעפער, און דער אייבערשטער דאגה'ט שוין פאר יעדנ'ס פרנסה, איז ממילא ווי קום איך זיך צו מישן, כאילו ח"ו דער באשעפער דארף מיין הילף. מיין שאלה איז צי אפשר דארף איך יא אביסל רופן, עפעס טון און מאכן, אלס צד פון טון "השתדלות"? וואס איז די ריכטיגע וועג אין דעם?


2) א גאנצע טאג טראכט איך וועגן מאכן געלט און מאכן נאך און נאך געלט, איך לויף צו דו ארבייט מיט אזא חשק, און איך פריי זיך אזוי מיט יעדע דאלער איך מאך, איך ווייס אז עס איז נישט אידישליך אזוי צו ליגן אין תאוות הממון, און ספעציעל שטערט עס מיר אז אויב וויל איך לערנען אדער דאווענען און עס איז בשעת די שעות פון די ארבייט האב איך פשוט נישט די ישוב הדעת, ווייל עס איז דאך די צייט פון ארבעט, א גאנצן טאג טראכט פון געלט און געלט, מיין שאלה איז ווי אזוי קען מען זיך אפגעוואוינען פון אזויפיל טראכטן פון געלט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט דיין צווייטע פראגע וואס דו פרעגסט - ווערט אוועקגענומען די ערשטע פראגע; אז דיין גאנצע קאפ, מח מחשבה ליגט אין געלט, טאג און נאכט טראכסטו נאר פון געלט - דארפסטו יעצט וויכטיג האבן הילף געראטעוועט צו ווערן, איז די ערשטע פראגע נישט נוגע יעצט פאר דיר.


מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים - וועסטו ניצול ווערן פון תאוות ממון. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כג): "אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם הַנּוֹפְלִים בְּתַאֲוֹות מָמוֹן", די וואס פאלן אין די תאוה פון געלט, "וְאֵינָם מַאֲמִינִים שֶׁהַקָּדוֹש בָּרוּךְ הוּא יָכוֹל לְפַרְנֵס אֶת הָאָדָם בְּסִבָּה קַלָּה", זיי גלייבן נישט אז דער אייבערשטער קען געבן פרנסה גרינגערהייט, "וְרוֹדְפִים אַחַר פַּרְנָסָתָם בִּיגִיעוֹת גְּדוֹלוֹת", זיי לויפן נאך די געלט און מוטשען זיך זייער פאר די געלט, "וְהֵם אוֹכְלֵי לֶחֶם בְּעִצָּבוֹן", זיי זענען דעפרעסטע מענטשן, זייער פרנסה איז עצבות, אזוי ווי עס שטייט: "בְּעִצָּבוֹן תֹּאכֲלֶנָּה", "וְעַצְבוּת הוּא מָרָה שְׁחוֹרָה", זיי זענען אין מרה שחורה, "אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם נִקְשָׁרִים בְּפָנִים דְּסִטְרָא אָחֳרָא, אֱלֹהִים אֲחֵרִים, חֹשֶׁךְ, בְּחִינַת מִיתָה", דאס איז די סטרא אחרא, עס איז זיי אלץ פינסטער, זייער לעבן איז טויט, אזוי ווי עס שטייט: "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי" וְכוּ', אויף זיי איז געזאגט געווארן דער פסוק: "וּזְהָבָם לְנִדָּה", "הַיְנוּ בְּחִינַת עֲבוֹדַת אֱלִילִים", זייער געלט איז א בחינה פון עבודה זרה, אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (שבת פב.) "מִנַּיִן לַעֲבוֹדַת אֱלִילִים שֶׁמְּטַמֵּא כְּנִדָּה, שֶׁנֶּאֱמַר, 'תִּזְרֵם כְּמוֹ דָוָה'", און די אייציגסטע עצה ווי אזוי מען קען ארויסקריכן פון תאוות ממון איז נאר דורך דעם צדיק, אזוי פירט דער רבי אויס די תורה: "כִּי רֹב הָעוֹלָם נִלְכְּדוּ בָּזֶה הַיְנוּ בְּתַאֲוַות מָמוֹן", רוב וועלט איז געכאפט אין תאוות ממון, "וְהַמָּמוֹן הוֹרֶגֶת וּמֵמִית אוֹתָם", די געלט הרג'עט זיי, "וְאִי אֶפְשָׁר לְהִנָּצֵל מִזֶּה כִּי אִם עַל יְדֵי הַצַּדִּיק", מען קען נישט געראטעוועט ווערן פון די תאוה נאר דורך דעם צדיק, וואס אויף אים שטייט אין פסוק: "'טוֹב לִפְנֵי הָאֶלֹקִים יִמָּלֵט מִמֶּנָּה' וְכוּ' כַּנַּ"ל, אַשְׁרֵי לוֹ".


דעריבער, אז דו ביסט נעבעך אזוי אריינגעטון אין געלט, טאג און נאכט טראכסטו פון געלט - דארפסטו האבן דעם הייליגן רבי'ן זאל דיך ראטעווען. זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין רבינ'ס ספרים כסדרן, לערן לקוטי מוהר"ן און זאג די הייליגע תפילות פון לקוטי תפילות - וועט דיך דער רבי ראטעווען.