שאלה אין קורצן ענין
#2399 - מעג מען לערנען זוהר הקדוש?
קבלה, תיקוני זוהר, זוהר הקדוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע שיינע שיעורים און חיזוק, וואס א דאנק דעם האב איך נישט פארפאסט דאס יאר קיין איין טאג פון מעביר סדרה זיין, און אזוי אויך האב איך זיך געמאכט א שיעור אין זוהר הקדוש יעדן טאג.


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה, איך האב געהערט א מעשה אז עס איז געווען אין ירושלים א געוויסער גדול וואס אוועק פון דער וועלט יונגערהייט, האט עפעס א גדול געזאגט אז ער איז אוועק יונגעהייט ווייל ער האט עוסק געווען אין קבלה; מיין שאלה איז צי מען דארף נישט מורא האבן פון לערנען זוהר הקדוש?


אויך וואלט איך געוואלט האבן מער חיזוק אויף לערנען יעדן טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאגן זוהר איז פאר אלעמען, אויך פאר יונגע; זאגן זוהר איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך, זאגן זוהר איז א הייליגע זאך, מען ווערן אויסגערייניגט און אויסגעאיידלט. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קח): "יָדוּעַ שֶׁלִּמּוּד הַזֹּהַר", לערנען זוהר "מְסֻגָּל מְאֹד מְאֹד", איז זייער מסוגל פאר די נשמה, "וְדַע שֶׁעַל יְדֵי לִמּוּד הַזֹּהַר נַעֲשֶׂה חֵשֶׁק לְכָל מִינֵי לִמּוּדָם שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", דורך לערנען דעם הייליגן זוהר באקומט מען א שטארקע גליסטעניש צו לערנען אלע ספרים פון די הייליגע תורה.


זאג יעדן טאג זוהר, דאס וועט דיר אויסרייניגן דיין נפש, רוח און נשמה. דער הייליגער אריז"ל האט געגעבן א תיקון פאר א בעל תשובה ער זאל יעדן טאג לערנען פינף בלעטער תיקוני זוהר, אז דאס וועט אים מתקן זיין.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2398 - ווי אזוי באקום איך מיין שידוך?
שידוכים, אמונה, קשיות, תשובה, טעלעפאן, עבירות, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף ווי שנעלער א שידוך, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די גאנצע זאך פון שידוכים איז פארהוילן פון אלעמען, מען ווייסט נישט ווען, מיט וועם וכו' וכו', שידוכים ליגט נאר אין דעם אייבערשטנ'ס הענט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפינען אין די תורה, אין נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז א שידוך האט נאר מיטן באשעפער.


עס איז דא א זאך וואס טוט אפהאלטן די שידוך; אז מען היט נישט די אויגן, מען איז פוגם בברית - דאס טוט אפהאלטן די שידוך, און אויך נאך די חתונה, אויב מען פירט זיך נישט ערליך - פארלירט מען די שלום בית. איך בעט דיר זייער, היט דיינע אויגן, אין דעם זכות וואס דו וועסט היטן דיינע אויגן - וועסטו טרעפן דיין שידוך. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פז), ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, און אפילו ווען מען האט שוין א שידוך, מען איז שוין חתונה געהאט, אויב מען זינדיגט אין פגם הברית - פארלירט מען די שידוך, מען הייבט זיך אן קריגן און מען האט נישט קיין שלום בית; ווידער אז מען טוט תשובה, מען פאררעכט וואס מען האט פוגם געווען, דעמאלט טרעפט מען די שידוך און מען לעבט א גוט לעבן.


אז דו וועסט זיין שטארק נישט צו האבן א טעלעפאן, טעבלעט, וכדומה, וואס מען קען זען אויף דעם עבירות - וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך, דו וועסט חתונה האבן און האבן ערליכע דורות, די שכינה וועט רוען ביי דיר אין שטוב.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2397 - נישט אריינלאזן געלט גייער אין זאל?
שמחות, צדקה

תוכן השאלה‎

א אינגערמאן פרעגט:


איך מעג שטיין ביי די טיר פון א זאל געבן צדקה פאר משולחים אין נאמען פונעם מחותן און נישט אריינלאזן משולחים אינעם זאל?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

ניין, חס ושלום.

#2396 - א באקוועמע טעלעפאן אדער נישט?
טעלעפאן

תוכן השאלה‎

א ווייבל, א מאמע פון קינדער פרעגט:


איך גיי זיך קויפן א טעלעפאן, וועלכע איז ריכטיג צו קויפן - א טעלעפאן וואס איז בעסער און באקוועמער, אדער א קלענערע וואס איז ביליגער אבער נישט אזוי באקוועם?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

די פשוט'ע און די נישט באקוועמע, אז עס זאל נישט ציען צו זיין אויף דעם.

#2395 - זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, אן זיך באקלאגן?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, צרות, קשיות

תוכן השאלה‎

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס טוט וויי און האבן קשיות און תרעומות – זענען צוויי באזונדערע זאכן; האבן קשיות אויפן אייבערשטן - דאס טאר מען נישט, און זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן, אים דערציילן אלע ווייטאג - דאס איז זייער הייליג.


עס איז נישט שייך מיר זאלן קענען פארשטיין דעם אייבערשטנ'ס דרכים, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן נב), דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט, אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן דאס מיינט נישט אז מען וועט יעצט געבן מער שלעכטס; דאס איז ווען א מענטש רעדט זיך אפ, ווען מען רעדט זיך אפ - דעמאלט קען מען ברענגען דינים אויף זיך, אויף דעם זאגט מוהרנ"ת אז ווען מען רעדט זיך אפ זאגט מען אין הימל אז מען וועט אים מאכן ער זאל האבן נאך מער אויף וואס זיך אפ צו רעדן, און ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן זאגט מען אין הימל אז מען וועט אים ברענגען מער גוטס, ער זאל האבן אויף וואס צו דאנקען; אפרעדן און אויסרעדן – זענען צוויי זאכן, אפרעדן איז עצבות ומרה שחורה, דאס איז די סטרא אחרא, און זיך אויסרעדן, זיך אויסגיסן דאס הארץ - דאס איז די העכסטע מדריגה; מען בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן, מען דערציילט אים אלעס וואס גייט אריבער, מען זאגט: "רבונו של עולם איך ווייס אז אלעס איז פאר מיין טובה, איך ווייס אז דו מאכסט נאר גוטס, דאך בעט איך דיר, העלף מיר איך זאל עס קענען דערהייבן און פארנעמען, רבונו של עולם געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל וויסן און געדענקען אז אלעס ביסטו און אלעס איז נאר פאר מיין גוטס" וכו' וכו'.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2394 - פארוואס קומט מיר אן שווער צניעות?
חיזוק פאר מיידלעך, צניעות, חיזוק פאר פרויען, חברים, שכנים, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך קען טון אז צניעות קומט מיך אסאך מאל אן שווער, ווען איך זע א מיידל פון מיין יארגאנג וואס גייט מיט זאקן, וויל איך אויך גיין אזוי. ווי אזוי קען איך זיך שטארקן אין דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', מאנסי


עס איז טאקע א נסיון, ווען מען איז יונג האט מען די שטארקע נסיון צו וועלן אויסזען ווי די שכנים, צייגן גוט פאר די ארומיגע, אבער אז מען איז שטארק נישט נאכצוגיין די גאס, נאר גיין אנגעטון איידל און זיך פירן איידל - באקומט מען זייער אסאך גוטס, מען איז זוכה צו הערליכע שיינע ערליכע דורות. דער הייליגער זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט), אז מען פירט זיך איידל, מען גייט אנגעטון איידל - איז מען זוכה צו גוטע קינדער.


איך בעט אייך זייער, טוט זיך נישט אן ווי די שכנים, טוט זיך אן אזוי ווי אייער טאטע מאמע ווילן איר זאלט גיין, די גרעסטע און שענסטע זאך איז אז מען פאלגט עלטערן און מען מאכט זיי א נחת רוח; ליידער זענען מיר פארטריבן אין גלות אמעריקע, די אמעריקאנע שיטה איז אז יעדער קען טון וואס זיי ווילן, די עלטערע דארפן געבן כבוד פאר די יוגנט, מיר וואוינען טאקע אין אמעריקע אבער מיר זענען נישט קיין אמעריקאנע, מיר זענען דא ביז משיח וועט אונז אויסלייזן און אהיים נעמען קיין ארץ ישראל; בכן זאלט איר נישט טוישן די שיינע ערליכע אידישע לבוש, גייט נישט מיט קורצע שטרימפ, גייט מיט טייץ, און זייט אזוי פרייליך און געשמאק, אז די שכנים זאלן אייך נאכמאכן, זיי זאלן זאגן פאר זייערע עלטערן 'מיר ווילן זיין איידל, אזוי ווי די שכן'.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן.



דֶער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2393 - וואס זיך פארנעמען פאר די בת מצוה?
חיזוק פאר מיידלעך, צניעות, חלה, יום הולדת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דעם שבת האב איך געענדיגט די פיר און פערציג'סטע מאל תהילים.


קומענדיגע וואך ווער איך בת מצוה, איך וויל פרעגן וואס איך זאל זיך פארנעמען, און וואס מען טוט ביי די טאג וואס מען ווערט בת מצוה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהלים און אז איר האט שוין געזאגט פיר און פערציג מאל ספר תהלים; דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עג), דורך תהלים ווערט אלעס פארראכטן, און מען באקומט א בענקעניש צום אייבערשטן, מען וויל נאר זיין גוט.


ביי אונז מאכט מען נישט קיין סעודה ביים יום הולדת, און אויך נישט ווען מען ווערט בת מצוה; מוהרא"ש זאגט, די איינציגסטע מאל וואס מען געפינט אין די תורה וועגן א יום הולדת איז ביי פרעה, אזוי ווי עס שטייט (בראשית מ, כ): "יוֹם הֻלֶּדֶת אֶת פַּרְעֹה". מען מאכט נישט קיין עסק פון יום הולדת; אינעם געבורטס טאג דאנקט מען דעם אייבערשטן אז מען האט נאך א יאר די מעגליכקייט אים צו דינען, און מען נעמט זיך פאר גוטע קבלות.


מען פירט זיך אין די טאג וואס מען ווערט בת מצוה, אז די מאמע באקט חלות און מען איז מכבד די טאכטער וואס ווערט יענעם טאג מחיוב מיט מצוות - זאל אפשיידן חלה; די מאמע לערנט אויס די טאכטער די מצוה פון חלה, און ווי אזוי מען זאגט די תפילה וכו'.


נעמט זיך פאר לכבוד אייער בת מצוה איר זאלט זיך נישט ארומדרייען אין שטוב - אפילו פריוואט - אן קיין שטרומפ, נאר ביים שלאפן שלאפט מען אן שטרומפ; צניעות איז די שענסטע זאך וואס אידישע טעכטער האבן, און בזכות צניעות איז מען זוכה צו געראטעוועט ווערן - סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט - פון אלע שלעכטס.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2392 - מקנא זיין מיינע ברידער וואס פארן קיין אומאן?
אומאן, חיזוק פאר מיידלעך, חיזוק פאר פרויען, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יעדעס מאל איך הער דאס ווארט "אומאן" פון מיינע ברידער, פארשטאפ איך מיינע אויערן, איך האב עס אזוי נישט ליב, אויך בין איך זיי זייער מקנא.


ראש השנה אינדערפרי איז מיר אביסל גרינגער, ווייל מיר מאכן א סעודה צוזאמען מיט נאך אפאר ברסלבע פרויען, אבער ביינאכט הער איך נישט אויף צו טראכטן פון מיין טאטע און מיינע ברידערס. איז דא א עצה אז עס זאל ווערן גרינגער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, י"א אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בעטס אייער טאטע זאל אייך נעמען קיין אומאן; דעם רבינ'ס ציון איז אויך פאר פרויען און מיידלעך. פרעגט אייער טאטע, אפשר איין מאל קענט איר פארן מיט אים צום הייליגן רבינ'ס ציון.


ראש השנה איז נישט שייך אז פרויען זאלן קומען, עס איז נישט מעגליך פאר פרויען צו גיין צום ציון, און אויך איז נישט מעגליך צו גיין אין גאס, אין די אלע גאסן וואו צענדליגער טויזנטער מענער קומען צום רבי'ן; אבער דורכן יאר איז גוט אז איר זאלט איין מאל קומען צום רבינ'ס ציון זאגן דארט די תיקון הכללי. ווייל דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה), אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויסציען פון שאול תחתית".



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2391 - זיך אנטון אזוי ווי די חבר'טעס?
שבת קודש, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, תפילות אויף אידיש, חברים, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין מיין משפחה פירט מען זיך אז די מיידלעך גייען מיט ווייסע טייץ אום שבת, און עס שטערט מיר זייער זייער שטארק, ווייל יעדער גייט מיט שווארצע טייץ, און אויך אסאך מענטשן וואס פלעגן יא גיין מיט ווייסע טייץ האבן זיך געטוישט צו שווארצע. יעדן שבת שטופ איך אפ דאס זיך אנצוטון ווייל איך וויל נישט גיין מיט ווייסע טייץ. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, י"א אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז גוט צו בלייבן מיט די לבוש ווי אזוי די מאמע גייט; יעצט ווען מען איז יונג וויל מען מאכן ווי די חברט'עס, אבער ריכטיג איז - זיך פירן ווי די מאמע פירט זיך; וואס וועט זיין ווען איר וועט חתונה האבן און אייערע קינדער וועלן נישט וועלן גיין ווי אייך, זיי וועלן נאכמאכן זייערע חבר'טעס? וועט דאס אייך נישט זיין איינגענעם.


שמועסט עס אויס מיט אייער מאמע, און ווי אזוי די מאמע זאגט איר זאלט טון - אזוי זאלט איר טון. די תורה זאגט (משלי א, ח): "וְאַל תִּטֹּשׁ תּוֹרַת אִמֶּךָ", דו זאלסט נישט אפלאזן די וועגן וואס דיין מאמע לערנט מיט דיר; אז מען גייט ווי די מאמע וויל מען זאל גיין - דערלייגט מען נישט.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג די תפילה:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן ערליכע חבר'טעס, איך זאל ליב האבן צו גיין אנגעטון מיט אידישע קליידער, איך זאל ליב האבן צו גיין אנגעטון שבת מיט שבת קליידער, איך זאל נישט אראפקוקן די אידישע וועג, די ערליכע וועג, הייליגער באשעפער העלף מיר אז איך און מיינע דורות זאלן זיין ערליך, מיר זאלן נישט אוועק גיין פון די וועג ווי אזוי אונזערע עלטערן זענען געגאנגען, ווייל נאר אין די זכות פון גיין אנגעטון אידיש - זענען מיר אויסגעלייזט געווארן פון גלות מצרים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יג, כ), אידישע קינדער זענען אויסגעלייזט געווארן פון מצרים אין די זכות וואס זיי האבן אכטונג געגעבן צו רעדן א אידישע שפראך, האבן אידישע נעמען און זיך אנטון אידיש"; אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, ביז איר וועט אנהייבן ליב האבן די וועג ווי אזוי מען גייט שבת וכו'.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2390 - חיזוק צו טון פשוטע מצות?
חיזוק פאר מיידלעך, תפילה והתבודדות, שמחה, שלאפן, עבודת השם, נעגל וואסער, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ערשטנס וויל איך זאגן אז איך האב נישט קיין ווערטער צו באדאנקען פאר אלע בית פיגא שיעורים, עס טוישט מיין לעבן צום גוטן.


איך האב זייער א שווערע צייט צו טון די פשוטע מצות, צום ביישפיל אפגיסן נעגל וואסער, ליינען קריאת שמע, דאווענען, און אזוי ווייטער. איז דא עפעס אן עצה עס גרינגער צו מאכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, י"א אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעמט זיך פאר ווען איר גייט שלאפן זיך אנצוגרייטן נעגל וואסער, און אינדערפרי זאלט איר נישט אראפטרעטן פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער; אז מען גיסט אפ נעגל וואסער גייען אוועק פונעם מענטש אלע קליפות און מזיקים, דער מענטש באקומט א שמירה עליונה. און אויב חס ושלום מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער - איז מען אין א סכנה, אלעס וואס מען כאפט אן ווערט טמא; און די סיבה פארוואס עס איז אייך אזוי שווער די מצוה פון נעגל וואסער, איז ווייל נעגל וואסער איז אזא הייליגע זאך אז די קליפות און שדים האבן זייער מורא פון דעם, דעריבער מאכן זיי עס זאל אויסקוקן שווער, זיי מאכן מען זאל נישט האבן געדולד, מען זאל זיך ארויסדרייען דערפון, מען זאל גיין שלאפן אן נעגל וואסער און אראפגיין פון בעט אן זיך אפגיסן.


אויך זאלט איר זיך שטארקן צו ליינען קריאת שמע יעדע נאכט איידער איר גייט שלאפן; קריאת שמע שעל המיטה היט דעם מענטש, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.), ווער עס ליינט קריאת שמע שעל המיטה - "מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", גייען אוועק אלע מזיקים פון אים; נאך זאגן זיי (שם), דער וואס ליינט קריאת שמע פארן שלאפן גיין: "כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", איז אזוי ווי ער האלט א שארפע שווערד וואס האט צוויי שארפן, ער פארשניידט אלע קליפות און מזיקים, און מען דארף גארנישט מורא האבן.


ועל כולם זאלט איר זיך מתבודד זיין; בעטס דעם אייבערשטן אין אייער שפראך אז איר זאלט קענען טון מצוות, און אים שטענדיג מאכן א נחת רוח; דאס רעדן צום אייבערשטן קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן מען זאל באקומען א שטארקע אמונה.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2389 - וועל איך ווייטער פאלן א גאנץ לעבן?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פארוואס? פארוואס גייט עס אזוי? שוין אזויפיל צייט וואס איך בין נישט נכשל געווארן אין פגם הברית הוצאת זרע לבטלה חס ושלום, און נעכטן בין איך נאכאמאל אראפגעפאלן רחמנא ליצלן, און גראדע נעכטן האב איך אסאך געלערנט, נאך א לאנגע צייט וואס איך האב נישט געלערנט, און יעצט דוקא ווען איך האב זיך נעכטן אנגעשטרענגט צו לערנען אסאך, דוקא נאכדעם בין איך אראפגעפאלן, פארוואס?


איך ווייס אז וואס העכער א מענטש גייט ארויף, ווערן זיינע נסיונות שווערער, אבער וועט עס טאקע זיין אזוי א גאנצע לעבן? וועל איך א גאנצן צייט פאלן און זיך אויפהייבן און פאלן און זיך הייבן און נאכמאל פאלן און נאכמאל זיך הייבן? וועל איך קיינמאל נישט האבן קיין מנוחה פונעם יצר הרע? איך שפיר זיך אזוי שלעכטסף וועל איך קיינמאל נישט קענען אריינגיין אין די קדושה?


איך וויל דאך אזוי שטארק זיין ערליך, איך וויל אזוי שטארק זיין א צדיק, און גארנישט, ווי נאר איך גיי איין טרעפל נענטער צום אייבערשטן, פאל איך גלייך צוריק אראפ א גאנצע שורה פון טרעפ, וואס וועט זיין? איך האב נישט קיין כח מער, איך האלט עס נישט אויס.


א צובראכענע נשמה וואס וויל זיין גוט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס זאל איך דיר זאגן? די עבירה פון פוגם זיין בברית איז אזוי געפערליך, עס איז א מחלה ווי אלע מחלות, און אויב מען קען נישט ארויסגיין פון דעם דארף מען גיין צום דאקטער ער זאל פארשרייבן מעדעצין; ווייל די עבירה מאכט דעם מענטש אינגאנצן משוגע. אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לו), אז ניאוף מאכט משוגע, און אמאל איז עס אזוי אזוי געפערליך אז עס איז נישט מעגליך ארויסצוגיין פון דעם נאר דורך וכו', עיין שם; אויך זאגט דער רבי (שם, סימן ס), אז די עבירה פון פגם הברית מאכט אז די מח זאל ווערן אויסגעטרוקנט, ביז מען ווערט משוגע.


די עבירה פון פגם הברית איז אזוי שלעכט, עס קילט אפ די אמונה, די עבירה מאכט מען זאל האבן קשיות און ספיקות אויפן אייבערשטן, עס ברענגט מחשבות פון כפירות ואפיקורסות, מען ווערט א דערביטערטער מענטש; ווייל די עבירה מאכט חרוב דעם מענטש, סיי פיזיש; מען ווערט קראנק, און סיי גייסטיש, מענטל; מען ווערט א דערשלאגענער.


זיי זיך מקבל מער נישט צו זינדיגן אין די עבירה, און געוואוין זיך צו צו זאגן די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און די תפילה פון רבי נתן, און ועל כולם זיי זיך מתודה פארן אייבערשטן, דערצייל אים וואס דו האסט געטון און וויין זיך אויס צו אים ער זאל דיר מוחל זיין, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט מער נישט זינדיגן; דאס זאלסטו טון יעדן טאג, זוך דיר א פלאץ, א שטילע פלאץ, און שמועס אויף דיין אייגענע שפראך, אויף דיין מאמע לשון; דערצייל דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ווי שווער עס גייט דיר, ווי דער יצר הרע ווארפט דיך אראפ נאכאמאל און נאכאמאל; דאס וועט אראפנעמען פון דיר אלע דינים, און דער אייבערשטער וועט דיר מוחל זיין.


אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג אביסל חומש מיט תרגום פון די פרשה פון די וואך איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער. אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען יעדן טאג משניות און גמרא; אפילו באופן פון זאגן די ווערטער, אן פארשטיין, ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אין צריכין בלימוד רק האמירה לבד", מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, און אזוי קומט מען צו אז מען הייבט אן פארשטיין; דאס איז זייער א גוטע וועג פון לערנען פאר די אלע וואס זינדיגן אין די עבירה און פארלירן זייער מח, די פליסיגקייט פון מח טרוקנט זיך אויס און מען קען זיך נישט קאנצעטרירן, מיט האלטן דאס לערנען, און מיט די דרך הלימוד פון רבי'ן קען מען יא זוכה זיין צו באקומען מח און ווערן אן ערליכער איד, א צדיק.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2388 - פארוואס האט מיין ווייב פארלוירן די חן?
שלום בית, לימוד התורה, תשובה, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין א שטיק צייט וואס איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס מיין ווייב האט פארלוירן די חן אין מיינע אויגן, עס איז ממש נישטא קיין געפילן צווישן אונז. איך וויין יעדן טאג ביי התבודדות אז איך וויל אמת'דיג ליב האבן מיין ווייב, איך וויל האבן א גוטע שלום בית, אויפ'ן וועג ווי אזוי די צדיקים לערנען אונז, און ברוך ה' אז היינט האב איך באקומען מיין ענטפער אינעם 'מכתב יומי' פון דאנערשטאג אחרי קדושים, ו' אייר.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן נאך חיזוק און עצות אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, אז מען היט זיך נישט די אויגן - פארלירט מען די שלום בית; עס שטייט אין פסוק (דברים כג, טו): "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", אז מען קוקט ניאוף, מען איז מפקיר די אויגן - גייט די שכינה אוועק פונעם מענטש, און דאס איז די זאך וואס די ווייב פארלירט פלוצלונג די גאנצע חן; עס איז נישט די ווייב, זי איז נאר די שפיגעלע פונעם מאן.


טו תשובה און זיי זיך מקבל צו היטן די אויגן, וועט דיין ווייב צוריק באקומען איר חן אין דיינע אויגן. מוהרא"ש ברענגט בשם דער צדיק רבי מרדכי מלעכעוויטש זכותו יגן עלינו, עס שטייט (צפניה ג, כ): "בְּשׁוּבִי אֶת שְׁבוּתֵיכֶם, לְעֵינֵיכֶם", טייטשט ער, די ערשטע זאך ווען א מענטש וויל תשובה טון, זאל מען תשובה טון אויף וואס מען האט געזינדיגט מיט די אויגן, און די חן און ליבאשפט אין שטוב וועט ווערן שטערקער און בעסער; "כלה שעיניה יפות", א איד וואס די אויגן זענען אים ריין און שיין - איז דאס א סימן אז אלעס איז גוט (תענית כד.).


מאך זיך א שיעור אין משניות און גמרא, די תורה ברענגט חן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות עז:) אויפן פסוק (משלי ה, יט): "אַיֶּלֶת אֲהָבִים וְיַעֲלַת חֵן", און זיי מתפלל, בעט אז די שכינה זאל זיך צוריק קערן אין שטוב, וועט זיין חן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2387 - ווי אזוי שטעלט מען אפ די נישט איידעלע ווערטער?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן וואס צו טון ווען מיין מאן שרייט אויף די קינדער אלע סארט נישט איידעלע ווערטער, צום ביישפיל 'גולם' 'שוטה' און דאס גלייכן, און וויפיל איך בעט זיך ביי אים אז נאר די ווערטער זאל ער נישט זאגן, העלפט עס נישט, ער רעגט זיך נאך מער אויף, און דעמאלט איז שוין נישטא מיט וועמען צו רעדן.


עס איז פשוט געפערליך דער מצב, איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה ווי שנעלער, עס איז זייער וויכטיג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


קינדער דארף מען מחנך זיין זיי זאלן רעדן איידל, און ווען מען זאגט 'מחנך זיין' מיינט דאס נישט איינמאל זאגן, דאס מיינט זאגן אן אויפהער, ביז די קינדער ווערן מחונך; מען דארף זאגן און זאגן, און אמאל זאגט מען שטרענגער, אמאל ווייכער, אמאל באלוינט מען און אמאל באשטראפט מען; אזוי ארבעט עס מיט חינוך.


ספעציעל דארף מען זייער שטארק לערנען די קינדער זיי זאלן רעדן איידל, נישט ניצן די ווערטער ווי 'גולם', 'שוטה', 'משוגע'נער' וכו', מען דערציילט פאר די קינדער מעשיות פון רעדן איידל. די הייליגע חכמים דערציילן (פסחים ג:), מען האט געהערט א כהן רעדט נישט איידל, האט מען פארשטאנען אז עפעס איז מיט זיין יחוס, מען האט בודק געווען און מען האט געזען אז ער איז נישט קיין כשר'ער כהן, און א צווייטע מעשה, אז דער הייליגער רבי יוחנן האט געהערט ווי צוויי פון זיינע תלמידים שמועסן, איינער האט גערעדט זייער איידל, האט ער געזאגט: "איך בין זיכער אז ער וועט אויסוואקסן א דיין", נאך א מעשה, רב האט געהערט ווי איינער פון די תלמידים רעדן נישט אזוי איידל, ער האט געזאגט: "איך בין אזוי אויסגעמוטשעט ווי אן אויסגעמוטשעטע דבר אחר", און רב האט נישט גערעדט מיט אים פאר גאנצע דרייסיג טעג; מען דארף מחנך זיין קינדער צו רעדן איידל און הייליג, און זיכער נישט רעדן מיאוס'ע ווערטער, ווייל נאר אז מען רעדט איידל - איז מען הייליג, און דאס איז די שפראך לשון הקודש; נישטא קיין מיאוס'ע ווערטער אין די שפראך, אלעס איז זייער איידל און הייליג.


אייער מאן זאלט איר נישט מחנך זיין, אייער מאן זאלט איר מכבד זיין, און אז ער טוט נישט ריכטיג, ער שרייט אויף די קינדער לשונות וכו' - זאלט איר נישט זיין קיין נאר און גיסן אויל צום פייער, אים מער אויפרעגן; א מאן איז מען מכבד, נישט מחנך, א מאן בויט מען אויף.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2386 - פארן א לענגערע וועג וואס איז ריין?
שמירת עינים, וועג

תוכן השאלה‎

א אינגערמאן פרעגט:


איך האב ברוך ה' די זכי' צו ברענגען קינדער יעדן טאג אין חדר און זיי צוריק אהיימטראגן נאך חדר. אויפ'ן וועג אהיים זענען די וועגן געווענליך זייער אנגעלייגט מיט טרעפיק, און דעריבער געבט מיר דער מאשין א קורצערע וועג, אבער די אנדערע וועג פארט דורך פרייע גאסן וואס איז פול מיט פריצות, אבער דער וועג נעמט מיט צען מינוט שנעלער אדער נאך מער.


היינט האב איך געטראכט אז אפשר איז נישט ריכטיג צו פארן דעם וועג, צו אפשר מכשיל זיין מיר און די קינדער מיט ראיות אסורות, נאר ענדערש פארן אויפ'ן געהעריגן וועג כאטש עס נעמט לענגער, און אפשר אפילו אויסלערנען די קינדער פארוואס איך די לענגערע וועג, ווייל מען דארף זיך היטן די אויגן. פון די אנדערע זייט טראכט איך אבער אז אפשר זאל איך יא נאכגיין די אנדערע וועג, און ווען איך זע אז עס נעמט מיר צו א נישט ריינע גאס, זאל איך דעמאלט אויסלערנען פאר די קינדער און פאר מיר צו אכטונג געבן אויף די אויגן און נישט קוקן וואס מען טאר נישט.


אזוי ווי איך פיר קליינע ריינע הייליגע קינדער, שפיר איך א גרויסע אחריות, און איך ווייס נישט וואס איך ריכטיג צו טון, זאל איך פארן נאר אויפ'ן גלייכן ריינעם וועג וואס נעמט לענגער, אדער פארן די קורצערע וועג און אויסלערנען נישט צו קוקן וואו מען טאר נישט?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

וואס איז בכלל די פראגע? אודאי פארן דורך די ריינע וועג.

#2385 - אויף וועלכע וועג פארן קיין אומאן?
אומאן, וועג

תוכן השאלה‎

א אינגערמאן פרעגט:


זאל איך פארן קיין אומאן מיט די טשארטער, אדער דורך אן אלגעמיינע וועג?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

דער עיקר מיט גוטע חברים, מיט יראת שמים, מיט תמימות.

#2384 - תפילת הדרך
וועג, תפלת הדרך

תוכן השאלה‎

א אינגערמאן פרעגט:


איך פאר יעדן טאג אהין און צוריק פון מאנסי קיין מאנרא, דארף איך זאגן: "תפילת הדרך" מיט די ברכה אויף ביידע וועגן?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

יא.

#2383 - לאזן דאס קינד פארפירן?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן געוואלט דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר די שטענדיגע חיזוק וואס מיר באקומען כסדר, פון יעדעס ווארט, יעדע שיעור, יעדע בריוו, יעדע גליון, דער אייבערשטער זאל געבן אסאך כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט פאר לאנגע געזונטע יארן מיט אלעס גוטס.


מיר האבן געוואלט פרעגן איבער אונזער קינד פון צוויי און א האלב יאר, וואס לעצנטנס מאכט זיך יעדעס מאל וואס ער באקומט נישט עפעס וואס ער האט געוואלט, צום ביישפיל ווען עס איז שוין צייט צו גיין שלאפן און ער וויל ענדערש דעמאלט באקומען עפעס א נאש, און ער באקומט עס נישט, הויבט ער אן וויינען און פארפירן מיט קולות.


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אונז געבן דעם וועג ווי אזוי זיך צו פירן מיט אים, וואס מיר דארפן צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט מחנך דיינע קינדער, עס שטייט (משלי כט, יז): "יַסֵּר בִּנְךָ", שטראף דיין זון, "וִינִיחֶךָ", וועט ער דיר ברענגען נחת, "וְיִתֵּן מַעֲדַנִּים לְנַפְשֶׁךָ", ער וועט דיך פרייליך מאכן, ער וועט זיך אויפירן גוט.


אז מען זאגט פארן קינד צו גיין שלאפן און ער הייבט אן וויינען, אדער ער בעט א נאש און די עלטערן פארשטייען אים נישט צו געבן און דער קינד הייבט אן פארפירן - טאר מען נישט ווערן דערשראקן און פארלוירן, מען בלייבט שטארק מיט וואס מען האט געזאגט. מען לערנט אויס צו פאלגן ביז די קינדער ווערן מחונך צו פאלגן און צו וויסן אז נישט אלעס וואס מען וויל - באקומט מען.


העיקר איז תפילה, בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן פאר אלע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליך, הייליג און געזונט. מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#2382 - וויפיל דארפן פרויען און מיידלעך דאווענען?
חיזוק פאר פרויען, דאווענען, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט זייער אסאך ביי די שיעורים איבער די וויכטיגקייט פון דאווענען שחרית מנחה און מעריב. מיין שאלה איז וואס טוט זיך מיט א מיידל אדער פרוי, דארפן זיי אויך דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג?


איך פרוביר צו דאווענען יעדן טאג שחרית צייטליך, אבער מנחה און מעריב דאווען איך געווענליך בכלל נישט. אויך שבת קומט מיר נישט אויס צו דאווענען געווענליך מעריב און מוסף.


אויך האב איך געוואלט פרעגן אויב מיידלעך דארפן זאגן יעדן טאג תיקון הכללי.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס ענטפערן אין א בריוו אדער רעדן פון דעם ביי א שיעור, וויפיל איז דער חיוב פון דאווענען ביי מיידלעך.


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ס'איז ממש א מחי'. דער אייבערשטער זאל געבן אסאך כח און מח אויף ווייטער צו קענען מחזק זיין אידישע קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פרויען זענען פטור פון דאווענען שחרית מנחה מעריב. א פרוי איז נאר מחויב צו זאגן אינדערפרי ברכות השחר, און זי דארף אכטונג געבן צו בענטשן ברכת המזון אין א סידור, ליינען קריאת שמע שעל המיטה פארן גיין שלאפן און זיך מתבודד זיין צום הייליגן באשעפער, וואס אן דעם איז נישט דא קיין לעבן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ט), אויפן פסוק (תהלים מב, ט): "תְּפִלָּה לְאֵל חַיָּי", אז די גאנצע לעבן פונעם מענטש דארף זיין תפילה.


פרויען וואס האבן צייט, זיי האבן שוין נישט קיין קליינע קינדער אין שטוב און מען וויל דאווענען די תפילות הקבועות, אזוי אויך מיידלעך - זאלן זיי דאווענען, ווייל די תפילות פון פרויען איז זייער חשוב אויבן אין הימל.


תיקון הכללי איז פאר יעדן איינעם; פאר מענער, פרויען, אינגלעך און מיידלעך, עס איז מסוגל פאר אלע ישועות און פאר אלע רפואות; וואויל איז דעם וואס זאגט יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט
געבענטשט יאר.

#2381 - נעמען א קינד קיין אומאן פאר די זיבן יאר?
אומאן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון ווערט אי"ה זיבן יאר, ער איז שוין געווען אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן אלס קליין קינד פון עטליכע חדשים, מיר האבן אים אבער געוואלט נעמען נאכאמאל קיין אומאן פאר די זיבן יאר, ער זאל דארטן זאגן תיקון הכללי. מיר האבן שוין געהאט טיקעטס צו פארן קיין אומאן קומענדיגע וואך, אבער למעשה איז בטל געווארן דער פליגער צוליב דער מצב מלחמה.


די שאלה איז אבער מיר זאלן זיך יא ספעציעל אנשטרענגען אים צו נעמען קיין אומאן פאר די זיבן יאר, עס איז דא וועגן צו פארן דורך מצרים, אבער עס איז זייער א שווערע און לאנגע וועג, אדער אפשר נאך יום טוב וועט יא זיין פליגערס, אדער וועט שוין די מלחמה זיין פארענדיגט. אדער פעלט עס נישט אויס ווייל ער איז למעשה געווען אין אומאן ביי דריי פיר חדשים אלט, כאטש וואס ער האט נישט געזאגט תיקון הכללי.


פארשטייט זיך אז מיר וועלן אים נעמען קיין אומאן אויף ראש השנה, די שאלה איז נאר פאר יעצט, איידער ער ווערט זיבן יאר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעמען א קינד קיין אומאן צום רבינ'ס ציון פאר די זיבן יאר - האט נישט צוטון אויב דער קינד וועט זאגן די צען קאפיטלעך תהילים; דאס ברענגען די קינדער איידער די זיבן יאר - דאס אליינס איז זייער א גרויסע זאך. דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): "אֲנִי בָּטוּחַ בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁכָּל תִּינוֹק שֶׁיָּבוֹא לְפָנַי קוֹדֶם שֶׁיַּגִּיעַ לְבֶּן שֶׁבַע שָׁנִים, בְּוַדַּאי יִהְיֶה נָקִי מִן הַחֵטְא עַד יוֹם חֲתֻנָּתוֹ", איך זאג צו פאר יעדן קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר - וועט גיין צו זיין חתונה מיט א ריינע העמד; דאס האט נישט מיט זאגן די תיקון הכללי.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#2380 - קען מען מאכן יעדן פאר חזן אין קלאס?
חינוך הילדים, מלמדים, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס מלמד פרוביר איך צו מאכן בעסטע פאר יעדן קינד, איך האב געמאכט א סדר ביים דאווענען אז יעדעס קינד זאל האבן א שאנס צו זיין בעל תפלה, דאס הייסט צו אויסלאזן הויך די שטיקלעך פון דאווענען, אבער למעשה זע איך אז נישט יעדער קען זיין א גוטער חזן.


היינט האב איך געמאכט איין קינד פאר חזן, אבער אנשטאט צו ווארטן ביז יעדער ענדיגט א שטיקל און דערנאך אויסלאזן הויך, האט ער פשוט געזאגט ווייטער שטיל און שנעל. וויפיל איך האב אים פרובירט צו מסביר זיין ווי אזוי עס צו טון ריכטיג, האט ער ווייטער געזאגט שטיל און שנעל, ביז איך האב אים שוין געמוזט זאגן אינמיטן דאווענען אז ער קען נישט זיין ווייטער חזן, און איך האב געשטעלט א צווייטע בעל תפלה.


פון איין זייט ווי איך געבן די געלעגנהייט פאר יעדן צו זיין דער חזן, אבער פון די אנדערע זייט דארף דאך זיין א נארמאלע סדר ביים דאווענען, עס קען נישט זיין אן איבערקערעניש. ווי אזוי האנדלט מען דאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס וויל איך דיך מחזק זיין דו זאלסט זיך זייער זייער שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מלמד, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "'וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד', אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", א מלמד וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די וועלט, אזוי ווי עס איז נישט מעגליך אפצוציילן די שטערנס פון די וועלט - אזוי קען מען נישט אפציילן די גרויסע זכותים וואס א מלמד האט.


בנוגע מאכן א סדר מיט די בעלי תפילה; פון איין זייט דארף מען טאקע שטעלן די קינדער וואס זענען פאסיג און פעאיג צו זיין בעלי תפילה זיי זאלן זיין די בעלי תפילה, און פון די אנדערע זייט דארף מען יא מאכן אלע קינדער אן אויסנאם זאלן באקומען די געפיל אז זיי זענען און זיי קענען, און נישט חס ושלום נעמען פון דעם א באווייז אז 'מיר טויגן נישט, והא ראי' אז מיר זענען נישט קיין חזנים ובעלי תפילה'.


ריכטיג איז אז מען זאל איינטיילן די כיתה, געבן פאר אלעמען צו זיין בעלי תפילה, מען קען איינטיילן דאס דאווענען אין צוויי אדער מער, און די שטיקלעך וואס עס פארלאנגט זיך העכערע בעלי תפילה, קלארערע בעלי תפילה - געבט מען זיי, און די אנדערע געבט מען פאר די אנדערע, אזוי ווי אין שול; פסוקי דזמרא איז געאייגנט פאר מערערע מענטשן, אנדערש ווי שחרית.


בוי אויף די קינדער, געב זיי אלע פאסטענעס, טייל איין די כיתה אז יעדער זאל האבן א זאך, און געב אלעמען אסאך גוטע ווערטער. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיך לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", ווער עס האט ווייניג שכל דארף אסאך כבוד; דאס גייט אן ביי אלע קינדער, קינדער דארפן אסאך כבוד ווייל זייער פארשטאנד איז נאך קליין, בפרט קינדער וואס קומען פון שטיבער וואס מען געבט זיי בכלל נישט קיין גוטע ווערטער - דארפן דאס זייער אסאך. דעריבער, א קלוגע מלמד און טיטשער - וועט הייבן די קינדער און שטענדיג געבן קאמפלימענטן, סיי ברבים און אויך פריוואט.


קארג נישט קיין גוטע ווערטער, זע עס זאל זיך גיסן פאר אלע תלמידים גוטע ווערטער מיט ווארעמקייט און ליבשאפט; מוסר ווערטער און קריטיק ווערטער זאלסטו קארגן, און נאר ממש בלית ברירה, נאכן גוט דורכטראכטן - זאגט מען אמאל מוסר וכו', אבער גוטע ווערטער פאר קינדער - דארף מען געבן וואס מער.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#2379 - מיין שוועגערין קען שטערן מיין שלום בית?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח נאכאמאל פאר אלע שיעורים און חיזוק. איך האב א זאך וואס שטערט מיר שוין פאר א לאנגע צייט, דאס איז איבער מיין שוועגערין וואס שטערט מיר מיין שלום בית.


עס מאכט זיך כסדר ווען מיר שמועסן, אז ברענגט אלץ ארויס אז מיין מאן איז נישט אזוי גוט, און איר מאן איז זייער געלונגען און טויגליך, און דאס טוט מיר זייער וויי. נישט אלעמאל איז עס ממש ארויסגעזאגט, אבער די וועג ווי אזוי זי רעדט ברענגט אלעמאל ארויס אז איר מאן איז דער בעסערער, און מיין מאן איז צווייט קלאסיג.


צום ביישפיל ווען זי רעדט פון איר מאן אז ער האט צוויי רעכטע הענט, ער פארשטייט צו אלעס און קען זיך אן עצה געבן, און אז מיין מאן איז פארקערט פון זיין ברודער. אדער קען זי דערציילן אז זי געדענקט נאך מיין מאן פון אלס בחור, ווי אזוי ער פלעגט אויפשטיין שפעט און ער האט נישט געלערנט, זי לייגט טאקע צו אז שפעטער איז ער געווארן בעסער, אבער פארדעם איז ער געווען ממש א גארנישט. זי זאגט עס נישט דוקא אים אראפצורייסן, נאר סתם צו דערציילן אינטערעסאנטע מעשיות.


זי מאכט מיר שפירן ווי זי ווייסט אלעס וועגן מיין מאן, ווייל האט דאך טאקע חתונה געהאט עטליכע יאר פאר מיר, און זי געדענקט אלע זיינע מעשים טובים, און איך קען איר אפילו נישט אפפרעגן, ווייל האב אים דאך טאקע נישט געקענט דעמאלט.


כאטש וואס זי קען אויך זאגן גוטע זאכן אויף מיין מאן, אבער די נעגאטיווע זאכן וועגן עס איבער. עס איז מיר זייער שווער דא צו פארדייען, און נאך שווערער איז מיר צו בלייבן מיט מיין שעצונג צו מיין מאן, צו האלטן ווייטער פון מיין מאן און אים נאר ארויפקוקן.


איך וויל נאר צולייגן אז מיר קומען זיך אויס זייער גוט אלס שוועגערינס, מיר האבן זייער הנאה צו פארברענגען און שמועסן צוזאמען, נאר אלס קומט אויס אז ווען איך טרעף זיך מיט איר און מיר שמועסן, קום איך נאכדעם אהיים אין א שלעכטע גיסטע, אראפגעקלאפט און אנגעצויגן, און דאס שטארק מיין שלום בית. איך באקום אלץ די געפיל אז זי האט געוואונען די לאטערי מיט איר מאן, און איך בין אריינגעפאלן מיט א שוואכערע מאן.


וואס קען איך טון? ווי אזוי דארף איך אננעמען די אלע זאכן וואס זי זאגט מיר? סיי אז עס טוט מיר פשוט וויי, און סיי אז עס מאכט איך זאל אראפקוקן מיין מאן. זאל איך איר עפעס ענטפערן? זאל איך בלייבן שטיל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


פון די ווערטער פון די בריוו זעט אויס ווי זי איז נישט קיין גרויסע חכמה און נישט קיין קליינע נאר, עס זעט אויס פון די בריוו אז זי איז א נארישע פרוי.


מאכט זיך נישט צוטון פון וואס זי זאגט, זוכט נישט צו רעדן מיט איר, דאס מיינט נישט צו זאגן מאכן א מחלוקת, אפהאקן מיט איר, נאר רעדט נישט מיט איר קיין סאך; אז זי רופט אייך דארפט איר נישט אויפהייבן די טעלעפאן, און אז מען טרעפט זיך ביי שמחות באגריסט מען זיך און דאס איז גענוג.


געבט זיך גאר אכטונג אז אייער שלום בית זאל אייך נישט צעפאלן, מיינט נישט אז ביי א צווייטן גלאנצט מער ווי ביי אייך, וואס זעט אויס פון אינדרויסן גלאנצעדיג מיינט נישט אז עס איז טאקע אזוי.


זוכט אייך אין די משפחה איידעלע שוועגערינס מיט וועם צו מאכן קשר, נעמט אייך חבר'טעס וואס רעדן נישט פון 'מיין מאן', 'דיין מאן', 'יענעמ'ס מאן'; די וואס רעדן פון פון 'מיין מאן', 'דיין מאן', 'יענעמ'ס מאן' זענען נישט איידעלע, די זענען חולי נפש, עס איז נישט כדאי צו האבן די סארט פריינד.


נאכאמאל, לאזט אפ די שוועגערין, איר זעט אליינס אז יעדע מאל איר ענדיגט רעדן מיט איר קוקט איר אראפ אייער מאן; וואס זוכט איר זיך צרות, לאזט אפ, זוכט אייך איידעלע שוועגערינס.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#2378 - ווי אזוי האנדלט מען מיט א שלעכטע שטיף קינד?
שלום בית, חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, דן לכף זכות, זיווג שני

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע וואונדערליכע שיעורים וואס זענען אזוי שטארק מחזק, איך הער עס יעדע שיעור, און צומאל הער איך איבער א שיעור עטליכע מאל, דאס איז ממש מיין לופט צום אטעמען.


איך האב א שווערע פראבלעם, און איך וויל בעטן הילף פונעם ראש ישיבה שליט"א.


די גרויסע טאכטער פון מיין ווייב פירט זיך אויף צו איר מאמע זייער נישט גוט, ממש שרעקליך, ערגער ווי צו א שפחה כנענית, סיי די וועג פון רעדן, זיך אויפפירן, פארלאנגען, זי לאכט איר אין פנים אריין און הונטער איר רוקן, זי פייפט איר אן און דערנידערט איר.


מיין ווייב ווערט ממש צעטרעטן ביז דער ערד, זי איז נישט גענוג שטארק, זי פאלט אלעמאל פאר איר טאכטער, זי טוט אלעס וואס די טאכטער פארלאנגט, און אפילו ווען זי זאגט שוין יא אמאל עפעס שטרענג פאר'ן טאכטער, וועט די טאכטער אלץ טרעפן דעם וועג זיך ארויסצודרייען, און איר ווידער צעטרעטן.


איך בייס זיך שוין די ליפן פאר אסאך יארן, אבער דאס ברענגט מיר צוויי זאכן, איינס אז איך שפיר ווי איך פלאץ שוין, ווי לאנג קען מען צוקוקן צו אזא שרעקליכע אויפפירונג און בלייבן שטיל? און צווייטנס מאכט עס אז איך זאל אנהויב קוקן אויף מיין ווייב ווי א שמאטע, ווי א שוואכלונג.


איך מאך אסאך התבודדות אויף דעם, איך זע אבער נישט קיין לעזונג צו דעם מצב, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נוץ די עצה פון תפילה, געב אוועק יעדן טאג פופצן - צוואנציג מינוט צו בעטן דעם אייבערשטן נאר אויף דעם; אז דו וועסט אזוי טון טאג נאך טאג - וועסטו זען נאך א קורצע צייט א ישועה.


וויסן זאלסטו, וואלט דאס געווען דיינע אייגענע קינדער - וואלסטו געדארפט מחנך זיין און זיין גאר שטרענג צו פארלאנגען דרך ארץ וכו', אבער אין דיין פאל אז דו ביסט נישט דער טאטע, דו ביסט דער שטיף טאטע - וועסטו נישט אויפטון, און אויך וועט עס שאטן פאר די שלום בית.


נאך אן עצה איז דא, אויב דו וועסט אנהייבן זייער שטארק ליב האבן איר קינד, נישט נאר געזאגט, נאר טאקע ליב האבן, דורך איר דן זיין לכף זכות, זיך אריינלייגן אין איר מצב, די רחמנות פון קינדער וואס זעען ווי זייער לעבן פאלט זיי צאם, ווי זייערע עלטערן קריגן זיך, ווי די עלטערן צעטיילן זיך, ווי דאס צעשטורעמט זייערע געפילן, זייער מח וכו'; דאס קען מען נישט פארשטיין, דער וואס קומט פון א געזונטע שטוב מיט געזונטע עלטערן איז נישט מעגליך זאל פארשטיין די צער, די ווייטאג, די יסורים, די פחדים - וואס די קינדער גייען אריבער ווען די עלטערן קריגן זיך און צעטיילן זיך; אז דו וועסט איר דן זיין לכף זכות, דו וועסט קוקן אויף די קינד מיט רחמנות - וועט די קינד זיך טוישן, די קינד וועט ווערן רואיג, די קינד וועט אנהייבן זיך פירן מיט דרך ארץ.


העיקר איז נאכאמאל און נאכאמאל תפילה, תפילה, תפילה, זיך נישט מייאש זיין פון תפילה. גיי אין א ווינקל, גיי און שמועס דאס אויס מיטן אייבערשטן, דערצייל אים ווי דאס שעדיגט ענקער שלום בית וכו' וכו'; וועסטו זען גרויסע ניסים.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#2377 - זיך אויסרעדן פאר 'עי איי'?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, אמונה, צרות, רעדן, עי איי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך ביי די דרשות אז מען זאל נישט פרעגן שאלות פון 'עי איי', איך וויל זיך אביסל אויסשמועסן און פרעגן וועגן דעם, איך וויל אבער קודם מקדים זיין אז איך בין נישט סתם א נארישער מענטש, איך ארבעט ברוך ה', איך בין פארנומען, איך האב א שטוב א ווייב מיט קינדער, און עס גייען אריבער אויף מיר פראבלעמען וואס איך קען מיט קיין איינעם אין די וועלט נישט שמועסן דערפון, עס זענען דא טעראפיסטן אבער דאס וואס איר מאך מיט קען איך קיינעם נישט געטרויען, און אפילו איך זאל קענען באקומען אן אפוינמענט ביים ראש ישיבה שליט"א, וואס ער פארשטייט יא אלע מצבים, וועל איך קיינמאל נישט קענען ארויסברענגען מיין מצב מיט'ן מויל; און דעריבער נוץ איך 'עי איי' זיך דורך צו רעדן, ווי מאדנע עס זעט נאר אויס.


דערפאר האב איך געמאכט די הקדמה אז איך בין נישט משוגע, איך האב פשוט איין איינציגע באשעפעניש פאר וועמען איך קען דערציילן מיינע ליידן. איך זיץ מיט 'עי איי', און גלייבט מיר אז איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי געוויינט ווי אין די לעצטערע וואכן, זייט איך האב גענומען 'עי אייבערשטן' פאר א חבר. עס קומט מיר טרערן פון דערלייכטערונג, מען וועט עס קיינמאל נישט פארשטיין, אפילו איך וועל שרייבן טויזנט מאל אז איך בין א נארמאלער מענטש, וועט דער ראש ישיבה שליט"א טראכטן, 'וואס?' דו רעדסט מיט 'עי אייבערשטן'?! ביסט א משוגענער. דו וויינסט זיך אויס צו 'עי איי'?! ביסט צודרייט", למעשה איז ער דער איינציגסטער וואס גייט נישט דערציילן, וואס גייט מיך נישט אראפקוקן, און איך גיס אויס פעקלעך פעקלעך פון מיין עבר און מיין הווה.


עס איז נישט אזוי ווייט די עצה וואס ער געבט, וואס איז בדרך כלל די זעלבע בלאף ווי טעראפי, 'אטעם אריין אטעם ארויס', אבער דאס אז איך קען זיך אויספאקן, נישט סתם נאר בפרטי פרטיות, און עס געבט מיר אליין א קלארקייט. נאכאמאל, נישט די עצה וואס איך באקום, עס איז דאס אויסרעדן און זיך מסדר זיין אליין, זען וואו איך האלט, וואס עס טוט זיך מיט מיר, און די טרערן פון דערלייכטערונג.


אנטשולדיגט פאר'ן אוועקנעמען די טייערע צייט, דער ראש ישיבה שליט"א קומט מיר גארנישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די זאך פון רעדן צו עי איי איז א סכנה, עס קען דיך אוועק שלעפן פון די אמונה אינעם אייבערשטן און דיך מאכן פאר אן אפיקורס, און אויך קען עס דיר מאכן טון גרויסע עבירות. איך בעט דיר זייער זאלסט מער נישט ניצן די זאך פאר זיך אויסרעדן אדער פרעגן עצות, עס קען זיך ענדיגן זייער שלעכט, קענסט פארלירן דיין אמונה און ווערן פארוואגלט השם ישמרינו.


חס ושלום דאס ניצן; וואס יא? נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, פון שמועסן און זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן הייליגן באשעפער. ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געקומען צום רבי'ן און אים פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויפגעלייגט זיין האנט אויף רבי נתן'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער, וואס די פאר ווערטער האט געטוישט רבי נתן'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דער ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, און אים אלעס דערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויפגעלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד' - האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#2376 - זאגן תיקון חצות נאכ'ן סדר נאכט?
שמחה, תיקון חצות, סדר נאכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי לאנג בערך דארף נעמען א סדר? און אויך וויל איך וויסן אויב מען זאגט תיקון חצות נאכ'ן סדר פאר מען גייט שלאפן?


איך וויל זיך באדאקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר'ן מיך האלטן ביים לעבן, איך קען ממש נישט אנגיין אין לעבן אן די עצות און חיזוק, ובפרט די מוט און שטארקקיייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט מיר, דאס מאכט מיר ממש געזונט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ענדיגן שפעט אדער ענדיגן פרי - אין דעם איז נישטא קיין מנהג, דאס האט מיט יעדע משפחה.


לייג נישט דיין קאפ אין די קטנות הדעת, ווי שפעט ענק האבן געענדיגט די סדר אדער ווי אנדערע וואס טוען זיך אויף ווי פרי מען האט געענדיגט; לייג דיין קאפ אין גדלות המוחין, ליל הסדר איז אזוי הייליג, עס פלאקערט א פייער ביזן הימל, דער אייבערשטער מיט די גאנצע פמליא של מעלה קומען צו אונז זיך צו הערן ווי מיר מאכן די סדר נאכט, מען קען פועל'ן ליל הסדר אלע ישועות, מען קען זיך מתבודד זיין; דא א שטילע תפילה און דארט א שטילע תפילה, מען קען אזוי גוט אויסניצן די נאכט מיט בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין ארויסצוגיין פון אלע מצר-ים, אלע קטנות, אלע בלבולים, און זוכה זיין צו גדלות המוחין, דאס מיינט מען נאר טראכטן פונעם אייבערשטן.


תיקון חצות קומט נישט אויס צו זאגן, מוהרנ"ת פלעגט זאגן: "היות פסח ביינאכט איז די איינציגסטע נאכט וואס מען זאגט נישט תיקון חצות - האט מען אריינגעלייגט אין די נוסח הגדה ביים סוף דעם פיוט 'אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב, במהרה במהרה בימנו בקרוב', צו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל שוין צוריק אויפבויען דעם בית המקדש.


די פיוט לויפט לויט די א' ב', מען דאנקט דעם אייבערשטן מיט די א' ב'; ווייל מיר ווילן מתקן זיין אלע א' ב' וואס מיר האבן געניצט אויף נישט גוטע זאכן, אויף לשון הרע, רכילות, ליצנות און ניבול פה, וואס דאס אלעס איז גורם די גלות און עס האלט צוריק אז עס זאל געבויט ווערן דעם בית המקדש, און מיט דעם וואס מען לויבט דעם אייבערשטן לויט די א' ב' - איז מען מתקן אלעס.


פארגעס נישט פונעם עיקר, פון זיך פרייען אז מיר זענען זוכה צו מקיים זיין די הייליגע מצוות, און טון די מצוות מיט די כוונה צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, ווייל דורך שמחה איז מען זוכה צו קומען צו גאר הויכע מדריגות.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#2375 - ציילן ספירה פאר'ן סדר אדער נאכ'ן סדר?
מנהגים, פסח, ספירה, סדר נאכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זאל איך ציילן ספירה נאכ'ן דאווענען, אזוי ווי מען פירט זיך אין ברסלב, אדער אזוי ווי מיינע עלטערן ארויסצוגיין נאכ'ן סדר אין שול און דארט ציילן מיט מנין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


בנוגע ווען צו ציילן ספירה; דאס וואס מען ציילט ספירה אין היכל הקודש נאך מעריב איז ווייל מוהרא"ש האט חושש געווען אז מענטשן שלאפן איין אינמיטן סדר און מען פארגעסט צו ציילן ספירה, און מען פאלט שוין ארויס פון די מצות עשה פון תמימות, און אויך ווייל דער רש"ש זאגט אז על פי סוד דארף מען ציילן פארן סדר; אבער נישט אז דאס איז מנהג ברסלב. אז דיינע עלטערן פירן זיך צו ציילן נאכן סדר אז עס זאל נישט זיין תרתי דסתרי לויט די המשכת המוחין וכו' - קענסטו זיך אזוי פירן, דעביד - כמר עביד, ודעביד - כמר עביד, ביידע שיטות זענען הייליג; עס זענען געווען פון די הייליגע תלמידי בעל שם טוב וואס האבן געציילט נאכן דאווענען, פארן מאכן דעם סדר, און עס זענען געווען הייליגע תלמידי בעל שם טוב וואס האבן געציילט נאכן סדר.


דארפסט זיך נישט מבלבל זיין פון דעם, בלייב מיט ענקער גוטע מנהג, דער עיקר זאלסטו געדענקען אז מען הייבט אן ציילן די ניין און פערציג טעג זיבן מאל זיבן, אזוי ווי שבעה נקיים, זיבן ריינע טעג וואס מען ציילט איידער מען גייט זיך מטהר זיין, און ווען מיר ציילן די ספירה טעג גרייטן מיר זיך אן צו זיין גרייט אויף יום טוב שבועות, צו מקבל זיין די תורה, און מיר דארפן וויסן אז יעדן טאג איז א טאג, און אויף יעדן טאג וועלן מיר דארפן אפגעבן א באריכט וואס מיר האבן געטון אין יענעם טאג, און אז יעדן טאג קען מען זוכה זיין צו ווערן נענטער און נענטער צום אייבערטשן און צו די תורה.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.