שאלה אין קורצן ענין
#110 - איז דא עפעס אן סגולה אדער עצה פאר פוילקייט?
אמונה, ספרי ברסלב, שמחה, עצות, ישוב הדעת, פוילקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק. איך האב געוואלט פרעגן אויב דער רבי שרייבט ערגעץ עפעס אן עצה זיך צו שטארקן אויף עצלות און פוילקייט, עפעס א סגולה אדער עצה וואס צו טון אינאיינעם מיט תפלה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי רעדט דער רבי פון עצלות; פון יעדע זאך רעדט דער רבי, און דער רבי געבט אן עצה אויף יעדע זאך. מען דארף לערנען לקוטי מוהר"ן אן א שיעור מאל, אזוי ווייסט מען ביי יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קנה): "כִּי עִקַּר הָעַצְבוּת וְהָעַצְלוּת, הוּא מֵחֲמַת חֶסְרוֹן אֱמוּנָה", פון וואס קומט פוילקייט און טרויעריקייט? פון ווייניג אמונה. דער רבי איז דאס מסביר מיט א משל, ווען מען פלאנצט איין א ווייצל אין א גוטע ערד, דעמאלט וואקסט עס זייער שיין, עס ווערט נישט געשטערט פון קיין שום ווינט, דינערן און בליצן, "מֵחֲמַת שֶׁיֵּשׁ כֹּחַ הַצּוֹמֵחַ וְכֹחַ הַגּוֹדֵל, עַל כֵּן אֵינוֹ מַזִּיק לוֹ שׁוּם דָּבָר", ווייל עס האט א כח וואס מאכט איר וואקסן, קיין שום זאך קען דאס נישט אפשטעלן, אבער אז מען לייגט דאס ווייצל אין ערד וואס איז נישט גוט צו וואקסן, ווערט דאס קערנדל פארפוילט.


"וֶאֱמוּנָה הִיא בְּחִינַת כֹּחַ הַגּוֹדֵל וְכֹחַ הַצּוֹמֵחַ", אזוי איז מיט אמונה, אמונה איז א זאך וואס געבט כח פארן מענטש אנצוגיין אין לעבן, עס מאכט דעם מענטש זאל וועלן וואקסן. אזוי ווי עס שטייט (אסתר ב, ז): "וַיְהִי אוֹמֵן אֶת הֲדַסָּה", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מדרש תהלים כב, כג) מרדכי האט אויפגעצויגן אסתר המלכה; דער פסוק באציט זיך מיט דאס ווארט 'אמונה' פאר די ווארט 'אויפברענגען', נאך זאגן די הייליגע חכמים (שבת לא.): "אֱמוּנָה זֶה סֵדֶר זְרָעִים", זאגט דער רבי, ווען א מענטש האט אמונה - האט ער א כח פון וואקסן און ווערן גרעסער, "אֲזַי אֵין מַזִּיק לוֹ שׁוּם דָּבָר", קיין שום זאך קען אים נישט שטערן, "וְאֵינוֹ יָרֵא מִשּׁוּם אָדָם", ער האט נישט קיין שרעק פון קיין שום מענטש, "וְשׁוּם דָּבָר", און פון קיין שום זאך. "וּמִתְפַּלֵּל בַּחִיּוּת", אז מען האט אמונה דאווענט מען מיט א געשמאק, "כָּרָאוּי", אזוי ווי מען דארף דאווענען. "וְנוֹסֵעַ לְהַצַּדִּיק", מיט אמונה פארט מען צום צדיק, "כִּי אֵינוֹ מִתְיָרֵא וּמִתְפַּחֵד מִשּׁוּם עִנְיָן שֶׁבָּעוֹלָם", ווייל מען האט נישט מורא פון קיין שום זאך און קיין שום מענטש אויף די וועלט, "אֲבָל כְּשֶׁיֵּשׁ חִסָּרוֹן בָּאֱמוּנָה אֲזַי אֵין לוֹ כֹּחַ הַגּוֹדֵל וְכֹחַ הַצּוֹמֵחַ וַאֲזַי הוּא נִרְקָב מַמָּשׁ, כְּמוֹ הַחִטָּה הַנַּ"ל", אבער ווען מען האט נישט קיין אמונה - דעמאלט האט מען נישט קיין כח אנצוגיין, מען וואקסט נישט, מען ווערט פארפוילט; ממש אזוי ווי א קערנדל וואס פוילט אין נישט גוטע ערד, עיין שם די גאנצע תורה.


עס איז כדאי זאלסט לערנען די תורה און זאגן די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות, סימן קנה), אזוי וועסטו ארויסקריכן פון דיין עצלות ועצבות.


אויך שמחה - זאגט דער רבי - איז אן עצה פאר פוילקייט און טרויעריקייט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח, צו וויסן וואס מען האט צוטון אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען מען איז נישט פרייליך קען מען נישט טראכטן גוטע זאכן, מען קען נישט טראכטן גוט, מען טראכט א גאנצן צייט נאר שלעכטע מחשבות. "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", אבער אז מען איז פרייליך - דעמאלט קען מען בייגן די מחשבות צו טראכטן גוט, "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם. אזוי ווי עס שטייט (ישעי' נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס, "שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", ווייל א פרייליכער מענטש איז פריי, פריי פון אלע פארמאכטקייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#109 - ווי אזוי שטארק מען זיך, נישט צו הערן נייעס?
אמונה, פחדים, נייעס, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן חיזוק אויף דעם ענין נישט צו הערן קיין נייעס? ווייל אפילו איך האב שוין א לאנגע צייט נישט נאכגעגאנגען אדער געהערט נייעס, קען איך אבער יעצט זיך נישט איינהאלטן, ווייל עס ציעט מורא'דיג מיטצוהאלטן די נייעס פון די מלחמה אין ארץ ישראל, אבער למעשה דערשרעקט עס מורא'דיג שטארק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט גוט צו הערן און קוקן נייעס, ווייל ווי מער מען הערט די נייעס - פארגעסט מען אז דער אייבערשטער פירט אלעס און מאכט אלעס; נישט די לאנד און נישט דער פירער, נאר דער אייבערשטער אליין; ביז מען ווערט זייער דערשראקן.


חזר זיך אמונה - וועסטו נישט האבן קיין שרעק; "אין עוד מלבדו" - נעמט אוועק אלע שרעק, שרעק קומט ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן כה): "כְּשֶׁשּׁוֹכְחִים אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵינָם נִשְׁעָנִים עָלָיו, עַל יְדֵי זֶה מִתְפַּחֲדִים מֵאֻמּוֹת", ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן ווערט מען דערשראקן פון פעלקער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#108 - ווי אזוי איז מען מסביר אמונה פאר קינדער?
חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, אמונה, סגולות, חלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און בריוו וואס שיינען און לייכטן אויף אונזער לעבן.


איך פרוביר צו רעדן כסדר צו מיינע קינדער וועגן אמונה פשוטה, אבער מיין אינגל, צען יאר אלט, איז געקומען צו מיר וויינען ביינאכט אז פאר ער ליינט קריאת שמע טראכט ער מאדנע זאכן, ער טראכט אז וואס ער גייט יעצט זאגן אין קריאת שמע איז נישט אמת חס ושלום, און עס שטערט אים.


ווי אזוי קען מען זאגן און מסביר זיין פאר א קינד אויף זיין שפראך אז יא דאס איז אמת אז מיר האבן איין איינציגער הייליגער באשעפער אויף די גאנצע וועלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד מיט דיינע קינדער וואס מער פון אמונה - וועלן זיי האבן א שטארקע אמונה, ווייל ווי מער מען רעדט פון אמונה - ווערט שטערקער און שטערקער די אמונה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן י): "אֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אמונה איז אנגעהאנגען אינעם מויל; דורך רעדן פון אמונה - באקומט מען אמונה. אלע דיבורים זאלן זיין אמונה.


עס איז גוט אז דיין ווייב זאל מאכן חלות לכבוד שבת און ביים אפשיידן חלה זאל זי בעטן אז די קינדער זאלן האבן אמונה. ווייל דער רבי זאגט (שם חלק ב', סימן יד): "אִשָּׁה הַזְּהִירָה בְּחַלָּה", א פרוי וואס שיידט אפ חלה, "בָּנֶיהָ בַּעֲלֵי אֱמוּנָה", וועלן אירע קינדער האבן אמונה.


דער עיקר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן פאר דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, צדיקים; די תפילות וואס עלטערן בעטן פאר די קינדער איז די שטערקסטע סגולה פאר גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#107 - ווי אזוי קען א גרוש זיך מחזק זיין?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, אמונה, ספרי ברסלב, קשיות, זיווג שני

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א גרוש, און ממש יעדן טאג טרעף איך זיך אליינס, ספעציעל ביינאכט, אדער שבתים וימים טובים. איך פרוביר זיך טאקע צו האלטן פריש און גיין יעדע וואך צו אן אנדערער ברודער אדער שוואגער אבער נאכאלץ בין איך זייער צובראכען מיט קשיות אויפ'ן אייבערשטן פארוואס ער האט מיך אריינגעלייגט אין אזא מצב, איך וויל שוין אזוי שטארק נאכאמאל חתונה האבן און טאקע שוין דאס לעצטע מאל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אבער למעשה בין איך יעצט אליינס.


איך וויל וויסן ווי אזוי איך קען זיך מחזק זיין טאג טעגליך אז איך זאל זיך קענען אליינס טרעפן מיט מיר אליינס און אייביג קענען אנגיין מיט א שמייכל און מיט א רואיגקייט.


אויך האב איך געוואלט פרעגן אויב עס איז אפשר דא א תפילה וואס איך וואלט געקענט זאגן יעדן טאג פאר א גוטע שידוך? די תפילות פאר עלטערע בחורים איז נישט אזוי אויסגעשטעלט פאר אינגעלייט אין מיין מצב.


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון די דרשות.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, כ"ג שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קשיות אויפ'ן אייבערשטן? מען טאר נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן; מאך זיך א שיעור אין רבי'נס ספרים וועסטו באקומען א קלארע לויטערע אמונה, וועסט נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן.


דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר", נאך האט דער רבי געזאגט, "שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת", ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, "אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן, ער וועט באקומען א קלארע לויטערע ריינע אמונה.


דא האסטו א שיינע תפילה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פאר בחורים. די זעלבע תפילה איז פאר א אינגערמאן וואס איז אליינס אן א ווייב, די תפילה איז אויך פאר מיידלעך און פאר פרויען וואס זענען אליינס. זאג די תפילה, אויך לייג אריין דיינע אייגענע ווערטער, ביז דו וועסט זען דיין ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...


תפילה:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


 

#106 - זאל איך זאגן פאר יענעם אז ער האט מיר וויי געטון?
תפילה והתבודדות, אמונה, ספיקות, מדות טובות, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פריי זיך אז עס איז דא א פלאץ וואו מען קען פרעגן שאלות און באקומען תשובות אפילו אויף אזעלכע סארט שאלות וואס א צווייטער רב וואלט בכלל נישט פארשטאנען אפילו וואס איך וויל פרעגן.


מיין שאלה איז אזוי, איך פרוביר זיך צוצוגעוואוינען אז ווען איינער טוט מיר וויי זאל איך אים גארנישט זאגן נאר איך זאל גיין נאר צום אייבערשטן און אים אויסדערציילן די גאנצע זאך אז יענער האט מיר געטשעפעט און וויי געטון. איך רעד פון אנדערע מענטשן, נישט פון מיין ווייב, אין שטוב וועל איך יא זאגן פאר מיין ווייב אז דאס און דאס טוט מיר וויי וואס זי האט געזאגט אדער געטון, ווייל אזוי הער איך ביי די שיעורים פון ראש ישיבה אז מען זאל נישט האלטן די ווייטאג אין זיך ווייל נאכדעם קען עס פלאצן, נאר ארויסזאגן וואס עס שטערט, ווען עס קומט אבער צו אנדערע מענטשן וועל איך יא האלטן די ווייטאג אין מיר און זיי גארנישט זאגן, איך וועל עס נאר דערציילן פאר'ן אייבערשטן אליין.


די מעשה איז אבער אז איך האלט נאכנישט ביי די מדריגה אז נאכ'ן עס דערציילן פאר'ן אייבערשטן זאל אינגאנצן ארויסגיין די ווייטאג פון מיין הארץ, איך בלייב נאך אנגעגעסן אויף יענעם וואס האט מיר געטשעפעט, ממילא ווייס איך נישט אויב דאס איז טאקע די ריכטיגע וועג, אפשר זאל איך יא זאגן פאר יענעם אז ער האט מיר וויי געטון?


איך בעט דעם אייבערשטן אויף דעם אליין אויך, אויב עס איז גענוג אז איך דערצייל עס נאר פאר'ן אייבערשטן אדער דארף איך דאס אויך זאגן פאר יענעם.


וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג זיך צו פירן אין דעם? איך וויל זיך נישט נארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט אחד בפה ואחד בלב; אז איינער טוט דיר וויי - קענסטו דאס מיט יענעם אויסשמועסן און זיך איבערבעטן, ווי איידער ארום גיין מיט א פאלשע שמייכל און אינעווייניג זיין פול מיט האס און פיינטשאפט.


געוואוין זיך צו אויסצושמועסן יעדע זאך מיטן אייבערשטן. זוך א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און גיי אהין יעדן טאג רעדן צום אייבערשטן; שמועס מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינט, וועסטו במשך די צייט באקומען א ישוב הדעת, עס וועט דיר שוין מער נישט אינטערעסירן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט.


טייערער ברודער, אפילו מיר זענען ווייט פון די מדריגות הצדיקים - דאך קענען מיר אויך צוקומען צו דעם דורך פאלגן די עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#105 - ווי אזוי מאך איך מיין ווייב מיטהאלטן די הכנות צו קידוש?
שלום בית, שבת קודש, חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, אמונה, שמחה, תשובה, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל שרייבן איבער א זאך וואס שטערט מיך שוין זייט מיין חתונה, איך האב קיינמאל נישט געשריבן דערוועגן ווייל איך האב געטראכט אז עס איז נארישע זאך און איך האב עס פרובירט צו דערשטיקן אז עס זאל מיך נישט וויי טון, למעשה זע איך אבער אז יעדע שטיק צייט הויבט מיך עס נאכאמאל אן צו שטערן זייער שטארק, דעריבער האב איך באשלאסן אז איך מוז יא פרעגן דערוועגן, און אויב דער ראש ישיבה וועט מיר ענטפערן אז עס דארף מיר טאקע נישט באדערן, וועל איך זייער שטארק פרובירן צו ארבעטן אויף מיר אז עס זאל מיר טאקע נישט וויי טון.


מיין מעשה גייט אזוי; איך בין צוגעוואוינט פון אלס קינד אז פאר קידוש פרייטאג צונאכטס איז זייער א הייליגע צייט, מען קען דעמאלטס אסאך פועל'ן, ביי מיין טאטע אינדערהיים איז אייביג געווען דעמאלט זייער דערהויבענע מינוטן, די גאנצע משפחה איז געשטאנען ארום די טיש און געקוקט אויף מיין טאטע בשעת מיין טאטע זאגט די לשם יחוד (ביי די חסידות פון וואו איך קום איז איינגעפירט צו זאגן צוויי לאנגע לשם יחוד'ס פאר קידוש) מען האט געקענט זען אויף מיין טאטע א מורא'דיגע ליכטיקייט.


עס קען זיין אז איך מאך זיך נאריש, אבער נאך מיין חתונה, ווען איך האב גערופן מיין ווייב אז איך וויל מאכן קידוש, אויב האב איך נישט אנגעהויבן זאגן קידוש די רגע וואס איך האב איר גערופן איז זי געווארן אינגאנצען באבלאזן פארוואס איך רוף איר שוין אויב איך בין נאכנישט גרייט. אדער איז זי צוריק אוועקגעגאנגען אדער האט זי זיך אראפגעזעצט, איך האב איר פרובירט אפאר מאל צו בעטן אז זי זאל מיר טון א טובה און שטיין די צוויי מינוט ביז איך הייב אן קידוש, זי האט אבער נישט געוואוסט וואס איך וויל, און איך האב געפילט ווי איך רעד צו טויבע אויערן. יעצט שטערט מיך עס אסאך שטערקער, ווייל איך האב שוין גרויסע קינדער.


איך האף דער ראש ישיבה וועט מיך פארשטיין, און געבן אן עצה וואס צו טון וועגן דעם.


איך בין שולדיג מיין לעבן פאר'ן ראש ישיבה, אן דעם ראש ישיבה וואלט איך מסתמא שוין נישט געווען ביים זינען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בשעת מען מאכט קידוש פרייטאג צו נאכטס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן, און ווען מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס עס טוט זיך אין הימל ווען מען מאכט קידוש - וואלט מען געטאנצן פאר שמחה; ווייל ווען מען מאכט קידוש איז מען זוכה צו באקומען א שטארקע אמונה. אזוי ווי רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות ציצית הלכה ה, אות טו) אז ביים נעמען דעם בעכער אין די האנט צו מאכן קידוש - באקומט מען א שטארקע אמונה.


ווען מען מאכט קידוש ווערט מען אן עדות אויף בריאת שמים וארץ. דערפאר, איידער מען מאכט קידוש, ווען מען נעמט דעם בעכער אין די האנט - דארף מען תשובה טון כדי מען זאל נישט זיין קיין פסול'ער עדות. מען דארף טראכטן פון תשובה און פון תיקון המעשים, און חרטה האבן אויף אלע שלעכטע מעשים. דאס איז וואס מען זעט ביי ערליכע אידן א שטארקע דביקות ביים מאכן קידוש און דאס האט מען אויך געזען ביים הייליגן רבי'ן, ווי רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קסט): "קֹדֶם הַקִּדּוּשׁ הָיָה נוֹטֵל הַכּוֹס בְּיָדוֹ" איידער דער רבי האט געמאכט קידוש האט ער גענומען דעם בעכער אין האנט, "וְהָיָה עוֹמֵד זְמַן רַב" און ער איז געשטאנען א לאנגע צייט, "עִם הַכּוֹס בְּיָדוֹ" מיט'ן בעכער אין די האנט, "לִפְנֵי הַשֻּׁלְחָן" פאר'ן טיש, "בִּשְׁתִיקָה" שטילערהייט, "וְלֹא הָיוּ שׁוֹמְעִין מִמֶּנּוּ" און מען האט נישט געהערט פון רבי'ן קיין שום זאך, "כִּי אִם קְצָת קוֹל הִשְׁתּוֹקְקוּת" נאר א שטילע קול פון בענקעניש, "וְעָלָה אָז לְמָקוֹם שֶׁעָלָה" און דעמאלט איז דער רבי ארויף מיט זיין מח מחשבה דארט וואו ער איז ארויף. "אַחַר כָּךְ" נאכדעם, "אַחַר שֶׁשָּׁהָה הַרְבֵּה מְאֹד" נאכן לאנג ווארטן "פָּתַח פִּיו בִּנְעִימוּת נִפְלָא: 'יוֹם הַשִּׁשִּׁי'", האט ער אנגעהויבן מיט זיין זיסע קול, יום השישי.


מאך נישט דיין ווייב זאל דארפן שטיין און זיך נישט רירן; לאז איר אנגרייטן די סעודה, לאז איר זיין באשעפטיגט מיט אירע זאכן, און ווען דו ביסט גרייט צו מאכן קידוש - וועט זי קומען, און אז דו וועסט דארפן ווארטן נאך אפאר מינוט - וועסטו קענען נאך אביסל בענקען צום אייבערשטן.


געב אכטונג נישט צו מאכן פון די מצוות - נערווען, מען דארף מאכן די מצוות מיט א שמחה. און ווען דו ביסט מחנך דיינע קינדער זיי זאלן שטיין מיט דרך ארץ ביי קידוש - זאלסטו דאס מאכן מיט שמחה, נישט מיט נערווען; ווייל שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. אויך ווען מען גרייט זיך צו מאכן קידוש, מען טוט תשובה - דארף דאס זיין מיט א שמחה, אזוי האט אונז דער רבי געזאגט, (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "שבת דארף מען זיין זייער פרייליך"; דער רבי האט געפרעגט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קנה): "ביסט פרייליך שבת?" האט רבי נתן געענטפערט: "איך בין פרום (ערנסט)", האט אים דער רבי געזאגט: "שבת דארף מען זיין פרייליך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#104 - איז דא אן עצה גרינגער איינצושלאפן?
אמונה, סגולות, שלאפן, עקשנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוטשע זיך לעצטנס געפערליך מיט'ן שלאפן, עס איז מיר זייער שווער איינצושלאפן, און איך שלאף נישט קיין נעכט. אסאך מאל האב איך אזא לחץ אז איך מוז מארגן אויפשטיין פרי, אז דאס אליין מאכט אז איך זאל נישט קענען איינשלאפן.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם אריין אין דיר אמונה - וועסטו ארויסגיין פון אלע דיינע צרות. ווען מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אין זיך, מען לעבט מיט אמונה, מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא גארנישט אויסער אים, אלעס וואס פאסירט איז ער - דעמאלט ווערט ליכטיג, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל מג, ב): "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ", אלע טונקלקייטן גייען אוועק.


עס איז דא א סגולה פון רבי'ן צו קענען איינשלאפן, מען זאל טראכטן פון תחיית המתים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה חלק ב', סימן יז): "מִי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִישֹׁן, יַעֲלֶה עַל מַחֲשַׁבְתּוֹ אֱמוּנַת תְּחִיַּת הַמֵּתִים", ווער עס קען נישט איינשלאפן, זאל טראכטן פון תחיית המתים; אבער עס הערט זיך פון דיין פראגע אז דו אליינס מאכסט זיך דער פראבלעם, דו צווינגסט זיך צו שלאפן, דאס האלט אפ דעם שלאפן, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תלא): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִישֹׁן וְאֵינוֹ יָכוֹל לִישֹׁן", ווער עס וויל שלאפן און קען נישט איינשלאפן, "הָעֵצָה לָזֶה לְבַל לְהַכְרִיחַ עַצְמוֹ כָּל כָּךְ לִישֹׁן", - זאל זיך נישט צווינגען איינצושלאפן, "כִּי כָּל מַה שֶּׁמַּכְרִיחַ עַצְמוֹ יוֹתֵר לִישֹׁן, מִתְגַּבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר מְנִיעוֹת הַשֵּׁנָה", ווייל ווי מער מען צווינגט זיך איינצושלאפן - אלץ שווערער וועט זיין דאס איינשלאפן. "וְעִנְיָן זֶה גַּם בְּכָל הַדְּבָרִים שֶׁבָּעוֹלָם לִבְלִי לְהַכְרִיחַ עַצְמוֹ בְּיוֹתֵר", אזוי גייט עס מיט יעדע זאך, מען זאל זיך נישט צעקוועטשן פון גארנישט, "כִּי כָּל מַה שֶּׁמַּכְרִיחִין עַצְמוֹ בְּיוֹתֵר לְאֵיזֶה דָּבָר, מִתְגַּבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר הַהֶפֶךְ דַּיְקָא", ווייל ווי מער מען קוועטשט זיך עס זאל זיין אזוי און אזוי - ווערט נאר פארקערט, עיין שם.


דו קענסט נישט שלאפן פון לחץ, דו טראכסט א גאנצן צייט: 'ווען גיי איך שוין איינשלאפן?' דו פייניגסט זיך: 'פארוואס שלאף איך נאכאלץ נישט?!' 'אויב איך וועל נישט שלאפן - וועל איך נישט קענען אנגיין וכו' וכו''; דו פייניגסט זיך, דו שלאגסט זיך מיט מחשבות, דאס לאזט דיר נישט אנגיין מיט'ן לעבן.


פאלג דעם רבי'ן, הער אויף זיך דרוקן; אז דו קענסט נישט שלאפן - זאלסטו ליגן אין בעט מיט פארמאכטע אויגן. מען דארף נישט שלאפן, עס וועט גארנישט פאסירן אז דו וועסט נישט שלאפן; ליגן אין בעט - רוט אויך אויס. דער רבי זאגט, ליגן אין בעט מיט פארמאכטע אויגן איז אזוי ווי שלאפן, עס געבט כח, מען ווערט אויסגערוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#103 - ווי אויז באקומט מען א רואיגקייט, אין א שרעקעדיגע צייט?
אמונה, ספרי ברסלב, פחדים, נייעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אייך זייער שטארק מקנא, איך זע יעדעס מאל ווען עס איז פארהאן א שרעקעדיגע נייעס אויף די וועלט, קומט דער ראש ישיבה מיט אזא רואיגקייט און איז מסביר אז אלעס איז פון אייבערשטן. לעצטע וואך איז געווען א טעראר אטאקע אין צענטער פון בני ברק, ווען איך האב געהערט פון דעם איז מיר געווארן ביטער אז איך האב ממש נישט געקענט אנגיין, די קומענדיגע טאג הער איך אויפ'ן שיעור ווי דער ראש ישיבה רעדט מיט אזא רואיגקייט אז אלעס איז פונעם אייבערשטן און מען דארף פשוט מתפלל זיין, און אזוי ווייטער, דאס איז געווען ממש מעדיצין פאר מיר.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה ביטע זאגן ווי אזוי איך קען אויך באקומען אזא אמונה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים און אין די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


די ספרים האבן אין זיך א כח אז מען איז זוכה דורכדעם צו אמונה ישרה דקדושה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב סימן ח, אות ח): "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", אלע וואס ווערן מקורב צום צדיק באקומען א שטארק לויטערע אמונה. אזוי ווי מען זעט ביים בארג סיני, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קמו.), די אידן האבן זוכה געווען צו אזא הייליגקייט, עס איז געווען "פסקה זוהמתן" - נאר ווייל זיי האבן געהאט דעם צדיק משה רבינו. ווייל ווען מען איז מקורב צום צדיק איז מען זוכה ארויסצוגיין פון אלע דמיונות און פאלשע זאכן, מען באקומט א לויטערע אמונה, מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא פון וואס מורא צו האבן, נישטא פון וואס צו ווערן דערשראקן; קיינער קען נישט חרוב מאכן די וועלט, קיינער קען נישט טון - נישט קיין גרויסע זאך און נישט קיין קליינע זאך, נאר דער אייבערשטער אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#102 - ווי אזוי בארואיגט מען די פאניק פון די מלחמה אין אוקריינא?
אמונה, מוהרא"ש, פחדים, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ליין אייערע בריוון און איך הער אייערע שיעורים און ניגונים, יישר כח פאר די ניגונים געמאכט ספעציעל פאר די יעצטיגע מלחמה לאגע אויף דער וועלט, עס איז שטארק מחזק אין אמונה.


איך וויל זיך באציען צו דאס וואס איר האט געזאגט ביי א דרשה, איר פרעגט דארט וואס איז די פארגעניגן פון מענטשן זיך אריינצולייגן אין א פאניק פון די מלחמה, און איר ענטפערט אז עס איז פשוט אז אזוי דארף מען זיך נישט אפגעבן מיט די אייגענע פראבלעמען, מען דארף נישט אוועקלייגן די שטריימל נאך שבת, און מען דארף נישט קער נעמען פון זיך.


איך וואונדער זיך אויף א מנהיג ישראל זאל נישט פארשטיין אז מענטשן פאלן באמת אריין אין א פאניק פון די מלחמה, אודאי זענען דא אינגעלייט ליידיגייערס וואס זיצן און פארברענגען די נעכט אין בית המדרש און זיי האבן א תירוץ נישט אהיימצוגיין ווייל עס איז דא א מלחמה, אבער דער חלק פון פאניק דאס איז א זאך וואס געשעט אויטאמאטיש.


איך זע עס ביי מיר אליין, איך קום אין בית המדרש און מען רעדט נייעס, איך וואלט ווען געוואלט גיין אין וואלד, איך וויל נישט הערן קיין נייעס, אבער וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט רעדט מען פון די מלחמה, רוסלאנד איז אריין אין אוקריינא, עס פאלט א פחד צו הערן, עס איז נאכנישט געווען אזא זאך זייט דייטשלאנד איז אריין אין פוילן. און אז איינער קען א טראפ חשבון, זעט ער אז דער פוטין איז עלול אויף צעדרייטע זאכן און דער אמעריקאנער פרעזידענט איז אויך נישט אינגאנצן ביים זינען, און אין איין רגע קען ווערן א שרעקליכע מלחמה רחמנא ליצלן.


אמאל איז אמעריקא געווען אויף די אנדערע זייט וועלט, אבער היינט איז די וועלט זייער קליין, אין איין רגע קען חס ושלום פאסירן דאס ערגסטע רחמנא ליצלן, סיי די נוקלאערע מעגליכקייטן סיי די סייבער מעגליכקייטן וואס קען מאכן אז אין אפאר טעג זאל נישט זיין קיין ברויט פאר די קינדער. די פאניק קומט פון זיך אליין, דער מח לויפט, וואו וועל איך לויפן? וואו וועל איך גיין?


איך האב אויך געליינט די שאלה וואס איינער האט לעצטנס געפרעגט וועגן די מלחמה, די שאלה איז שטערקער פון די תשובה, ער שרייט דאך אזוי אמת'דיג: "איך דערמאן זיך די מעשה ווי דער רבי איז געווען בייז ווען מ'האט אים געזאגט אז די גזירות וואס מען האט דעמאלט געשמועסט איז גארנישט, ער איז נישט געווען צופרידן פון די וואס זאגן אז דער אייבערשטער וועט עס זיכער נישט טון צו אונז. וואס טו איך? ווי אזוי געב איך זיך אן עצה? עס ווערט ערגער פון טאג צו טאג, יעצט הער איך אז עס איז פיל ערגער פון וואס איך האב געמיינט, ביי קאראנא האב איך אויך געפאניקט, אבער איך פיל ווי די אלע זאכן וואס האבן זיך אפגעשפילט די לעצטע פאר יאר איז נאר געווען אן הכנה צו דאס ערגסטע" עד כאן לשונו, און ער זאגט דאך אזוי גוט און אמת'דיג.


איך פארשטיי אז דער ראש ישיבה שליט"א האט א שטארקע מח, שטארקע נערוון, און ווערט נישט אזוי שנעל איבערגענומען פון פחד און פאניק, אבער אלס א מנהיג פון אזויפיל הונדערטער טויזענטער אידן וואס הערן אייך אויס, דארפט איר וויסן אז 80 אדער 90 פראצענט פון די מענטשהייט זיצט אין שרעק און פאניק, עס שפילט זיך אפ שוידער אין קאפ, חס ושלום איך וויל נישט טראכטן וואס איך טראכט.


אנטשולדיגט פאר'ן אזוי מאריך זיין, אבער איך האף אז אפשר וועט ארויסקומען פון דעם א שיינע קלארע ענטפער, אדער א תפילה, וואס וועט העלפן אידישע קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, י"ט אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שטארקע מח און שטארקע נערווען - קען יעדער איינער האבן; שטארקע נערווען און א שטארקע מח באקומט מען דורך אמונה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, און זיי ליידן פון דעם נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם. זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דאן העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה איז דא אן אנדערע חשבון; ווען מען חזר'ט די אמונה אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער איז 'מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל', לעבט מען רואיג.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן; עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהויב, ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטערגעזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


איך האב א גוטע עצה פאר דיר, חזר זיך די שטיקל צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן - וועסטו זיך גוט אויסלאכן פון אלע נייעס, דו וועסט באקומען א שטארקע מח און שטארקע נערווען.


צוואת מוהרא"ש, אות ח:


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיךְ בֶּעט אַייךְ אִיר זָאלְט זִיךְ שְׁטַארְקְן מִיט דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, שְׁטֶענְדִיג זָאלְט אִיר הַאלְטְן פַאר דִי אוֹיגְן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִיר זָאלְט קֵיינְמָאל נִישְׁט קוּקְן אוֹיף אַ צְוֵוייטְן. דִי וֶועלְט אִיז נִישְׁט אֵייעֶרְס, נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ נִישְׁט זָארְגְן פַאר אַ וֶועלְט וָואס גֶעהֶערְט נִישְׁט צוּ אַייךְ. אִיר דַארְפְט אַייךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט מְבַלְבֵּל זַיין פוּן אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן, נִישְׁט קוּקְן אוֹיף קַיין אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן. וָואס אִיר דַארְפְט הָאבְּן זָאלְט אִיר זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן אוּן צוּ בֶּעטְן נָאר פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אִידִישׁ, אָדֶער אוֹיף סֵיי וֶועלְכֶע שְׁפְּרַאךְ אִיר זֶענְט צוּגֶעוואוֹינְט צוּ רֶעדְן.


דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן בּוֹיעֶט אוֹיף דִי אֱמוּנָה פוּנֶעם מֶענְטְשׁ, מִיט דֶעם וָואס אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר בֶּעט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַלֶעס וָואס עֶר דַארְף, מִיט דֶעם וַוייזְט עֶר אַז עֶר וֵוייסְט אוּן גְלֵייבְּט קְלָאר אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקַייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#101 - ווי אזוי האלט מען זיך רואיג אין צייט פון מלחמות?
אמונה, פחדים, נייעס, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קוק ארויס אזוי שטארק אויף א בארואיגונג, איך ציטער און איך ווארף זיך פאר שרעק, איך קען נישט עסן, איך פאניק שרעקליך, איך הער שרעקליכע שמועות פון רוסלאנד און אוקריינע, מען האט היינט געהערט אז רוסלאנד האט אינוואדירט אוקריינע און עס פאלן באמבעס איבער גאנץ אוקריינע.


ווי אזוי געבט מען זיך א עצה נישט צו ווערן דערשראקן? איך האב שוין פון לאנג אויפגעהערט צו הערן נייעס, אבער עס איז א זאך וואס מען קען נישט גענצליך פארמיידן, איך קום אין שול און איך הער די נייעס, איך גיי אין מקוה און מען רעדט דארט פון די נייעס, די פחדים רויבן מיר צו מיין לעבן.


איך הער שוין אסאך יארן די דרשות און די שיעורים און איך פאלג אלעס, אבער מיט דעם אלעם ווען עס קומט שרעקעדיגע נייעס נעמט עס מיר זייער איבער, איך לויף און איך שריי צם אייבערשטן, "אייבערשטער, מיינע נערוון טוען וויי, איך האב מורא, היט מיך, איך בין אין א שרעקליכע צרה, ס'שאקלט אין מיר שרעקליך, איך וויל נישט ארויסזאגן מיטן מויל וואס איך טראכט וואס עס גייט זיין חס ושלום".


איך דערמאן זיך די מעשה ווי דער רבי איז געווען בייז ווען מ'האט אים געזאגט אז די גזירות וואס מען האט דעמאלט געשמועסט איז גארנישט, ער איז נישט געווען צופרידן פון די וואס זאגן אז דער אייבערשטער וועט עס זיכער נישט טון צו אונז. וואס טו איך? ווי אזוי געב איך זיך אן עצה? עס ווערט ערגער פון טאג צו טאג, יעצט הער איך אז עס איז פיל ערגער פון וואס איך האב געמיינט, אביסל האב איך זיך בארואיגט ווען איך האב געזען די בריוו וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן אז מען דארף נישט מורא האבן צו פארן צום רבי'ן, האב איך געטראכט מסתם וועט די מלחמה נישט גיין ווייטער, אבער למעשה גייט עס יא פיל ווייטער.


אפשר זאל דער ראש ישיבה שרייבן א תפילה אויף דעם? ביי קאראנא האב איך אויך געפאניקט, אבער איך פיל ווי די אלע זאכן וואס האבן זיך אפגעשפילט די לעצטע פאר יאר איז נאר געווען אן הכנה צו דאס ערגסטע. איך קען נישט תשובה טון פאר די גאנצע וועלט. ראש ישיבה, ראטעווע מיך, איך שטארב.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם אריין אין דיר אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, אלעס איז דער אייבערשטער; גיי מיט די מחשבה - וועסטו פטור ווערן פון די אלע שרעק. ווען א איד טראכט נאר פונעם אייבערשטן, ער קלעבט זיך צו צום אייבערשטן - ווערט ער געראטעוועט פון אלעם שלעכטס.


וויסן זאלסטו, אלע פחדים און אלע שרעק קומען פון דמיונות וואס דער מענטש אליינס טראכט, דער מענטש אליינס רודפ'ט זיך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי שבת פרק יד, הלכה ג) אויפ'ן פסוק (דברים ז, טו): "וְהֵסִיר ה' מִמְּךָ כָּל חֹלִי - זֶה רַעֲיוֹן", דאס מיינט מען די געדאנקען, אזוי ווי רבי אליעזר זאגט אויפ'ן פסוק (דברים כח, מח): "וְנָתַן עֹל בַּרְזֶל עַל צַוָּארֶךָ - זֶה הָרַעֲיוֹן", וואס איז די שווערסטע זאך פאר'ן מענטש, די שווערסטע יאך? די דמיונות, די געדאנקען וואס דער מענטש טראכט זיך אליינס אויס; בפרט ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן איז מען שטענדיג אנגעצויגן, דער מענטש טראכט שרעקעדיגע זאכן וכו' 'מען וועט מיך הרג'ענען', 'איך גיי שטארבן', 'מען גייט מיך שיסן'; באמת איז דער מענטש אליינס זיין גרעסטע פיינט, קיינער רודפ'ט נישט, עס איז נאר די אייגענע מחשבות; ווייל ווער עס טראכט נאר פונעם אייבערשטן, ער פרובירט צו טראכטן פון אמונה - ווערט פטור פון די אלע שלעכטע מחשבות.


חזר אמונה - וועסטו נישט מורא האבן פון גארנישט. דער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן כה): "כְּשֶׁשּׁוֹכְחִים אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵינָם נִשְׁעָנִים עָלָיו, עַל יְדֵי זֶה מִתְפַּחֲדִים מֵאֻמּוֹת", ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן ווערט מען דערשראקן פון פעלקער.


וואויל איז דעם מענטש וואס טראכט נאר פונעם אייבערשטן, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער; ווערט ער נישט דערשראקן פון גארנישט.

#100 - מעג מען זאגן מיט די קינדער לעילוי נשמת נפטרים וועמען מען קען נישט?
חינוך הילדים, תפילות אויף אידיש, אמונה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד און זייער אסאך מאל שיקן די אנדערע מלמדים אריין צעטלעך מיט א נאמען צו זאגן פאר'ן לערנען לעילוי נשמת. איך ווייס אבער נישט אויב מען קען זאגן לעילוי נשמת א נאמען וואס איך קען בכלל נישט, איך ווייס נישט ווער דאס איז?


אפשר קען מען ענדערש זאגן סתם בכלליות לעילוי נשמת אלע נשמות וואס דארפן א תיקון?


איך האב זיך געמאכט א קליינע נוסח צו זאגן פאר'ן לערנען; הרינו לומד היום לעילוי נשמת כל הנשמות שאין להם תיקון השלם וכל הנשמות ערטילאין וכל הניצוצות הקדושות שנפלו לתוך הקליפות. א צייט שפעטער האב איך עס אבער דערציילט פאר מיין חבר, און ער זאגט מיר אז עס קען זיין אז מען טאר עס נישט טון ווייל עס קען זיין א סכנה. וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה אויב מען מעג אזוי זאגן? און אויב מען מעג עס זאגן מיט די קינדער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך געדענק מיט יארן צוריק ווען איך בין געווען א מלמד פלעגן מלמדים זיך אפרעדן אז די צעטלעך וואס מען ברענגט אריין אינמיטן לערנען, מען זאל בעטן פאר די נאמען, מען זאל אינזין האבן דעם חולה - דאס שטערט וכו'.


איך האב זיי געזאגט אז דאס איז זייער וויכטיג פאר די חינוך פון די קינדער; ווען דער מנהל שיקט אריין א נאמען, א חולה אדער איינער וואס דארף א ישועה, אדער א יארצייט; וואס פאסירט? די קינדער ווערן נתחנך וואס צו טון בעת צרה, ווען מען האט א צרה זאל מען בעטן דעם אייבערשטן, און בעטן אז אנדערע זאלן בעטן פאר מיר.


ווען מען האלט אינמיטן לערנען און עס קומט אריין א צעטל אז מען זאל בעטן פאר איינעם וואס עס ווארט אים א שווערע משפט, דער מלמד ווערט ערנסט, ער פארמאכט די אויגן, ער זאגט: "הייליגער באשעפער העלף", אלע קינדער זאגן אים נאך: "הייליגער באשעפער העלף אז פלוני אלמוני זאל ארויסגיין זכאי בדין" וכו'; אויסער די גרויסע נס וואס גייט יעצט פאסירן מיט יענעם, די תפילות גייען זיכער יענעם העלפן - געשעט יעצט נאך א זאך, די קינדער ווערן געלערנט וואס צו טון בעת צרה.


דער אומדירעקטער לימוד איז נאך שטערקער פון די לימוד וואס מען לערנט; עס זענען אלץ דא קינדער וואס זיי הערן נישט אויס די שיעורים פון מוסר וכדומה, אבער די אומדירעקטע לימודים גייען אריין אין זיי, ביז זיי ווערן ערליכע אידן.


מלמדים דארפן וויסן אריינצולייגן אין די קינדער אומדירעקט אמונה, אמונת חכמים און תפילה. ביי יעדע שמועס, ביי יעדע נייעס, קינדער רעדן, קינדער דערציילן - ווארפט מען אריין ברעקלעך אמונה; צווישן די קינדערישע שמועסן, די קינדערישע נארישקייטן - ווארפט מען אריין "דער אייבערשטער פירט די וועלט", "דער אייבערשטער הערט אויס תפילות ישראל".


וואויל איז די מלמדים וואס זייער ציל איז אריינצואווארצלען אמונה אין אידישע נשמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#99 - פארוואס געבט מען נישט מער אכטונג צו ראטעווען די וועלט?
אמונה, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן איבער א זאך וואס לאזט מיר נישט מנוחה, איך בין בטבע זייער א שטארקע דייקן און איך גיי נאך זאכן ביז'ן סוף. במשך די יארן האב איך אסאך געליינט איבער פאלושן און ענווייראנמענט, איך ווייס אז אסאך זאכן וואס מען זאגט איבער דעם זענען טאקע נארישקייטן, אבער ס'איז יא דא זאכן וואס איז א מציאות, און מענטשן מאכן זיך נישט וויסנדיג פון דעם.


צום ביישפיל, עס איז נאר דא א געוויסע סכום געז אויף די וועלט, און אנשטאט אכטונג צו געבן עס זאל זיך נישט אויסנוצן, נוצט מען עס אן א חשבון. יעדעס מאל איך פיל אן די טאנק פון מיין קאר מיט געז, דריקט מיר די הארץ אויף דעם, אויך מאכט עס פארפעסטעט די לופט מיט פאלושען, מענטשן אטעמען עס אריין און נאכדעם וואונדערט מען זיך אז עס איז דא אזויפיל מחלות ל"ע.


אן עלעקטריק קאר איז נאך פיל ערגער, ווייל ווען מען ענדיגט נוצן די בעטערי מאכט עס א מורא'דיגע חורבן אויף די ענווייראנמענט.


דאס קען מען פאקטיש זען אז די וועלט ווערט אלץ מער ווארעמער, און עס קומט לעצטנט מער האריקעינס און ערד ציטערנישן צוליב דעם. לעצטע יאר, ווען עס איז געווען די קאראנע צייט, האט מען געזען בחוש אז עס איז געווען מער א קעלטערע ווינטער, דאס איז געווען ווייל מען האט נישט גענוצט אזויפיל קארס און עראפלאנען.


אויך פלעסטיק נוצט מען אויס אן א חשבון, און מען פארדארבט די ענווייראנמענט מיט דעם. מען ווארפט אזוי סאך פלעסטיק אין די מיסט, אז איין טאג ווען עס וועט נישט זיין מער קיין פלעסטיק וועט מען זיך רייסן די האר פון קאפ.


אויך האקט מען אויס גאנצע וועלדער פון ביימער צו בויען הייזער, וואס די ביימער פעלט אזוי וויכטיג אויס פאר די וועלט, סיי פאר די אקסידשען און סיי פאר די חיות זאלן האבן וואו צו וואוינען.


איך זע אז דער ראש ישיבה רעדט אזויפיל דרשות, און עס קומט אן צו אזוי סאך מענטשן, האב איך געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה קען רעדן אויך פון דעם, מענטשן זאלן וויסן אכטונג צו געבן און נישט צוגרונד לייגן די וועלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בארואיג זיך, די וועלט פאלט נישט צאם, עס איז דא א בעל הבית וואס געבט אכטונג אויף די וועלט; דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, ער האלט די וועלט, ער פירט עס הערליך שיין, און די וועלט ווערט אלץ שענער און שענער.


אזוי האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רלז; סימן שז) אין אנהייב איז די וועלט געווען פוסט און וויסט, עס איז נישט געווען קיין תורה, נישט קיין אמונה; עס זענען געווען געצנדינער, מען האט געדינט עבודה זרה; ביז שפעטער איז געקומען אברהם אבינו, ער האט מגלה געווען פאר אלעמען אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט; ער פירט די וועלט, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס און ער איז אלעס.


שפעטער איז געווען מתן תורה, איז די וועלט געווארן נאך שענער, נאכדעם זענען געקומען די הייליגע צדיקים - איז די וועלט געווארן נאך שענער, דער רבי האט אויסגעפירט: "און אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער, דער אייבערשטער פירט די וועלט שענער און שענער", און עס איז נאריש צו רעדן די אלע זאכן וואס די אומות העולם רעדן, אז די וועלט גייט אונטערגיין; די אלע וואס זאגן אז די וועלט גייט צאמפאלן צוליב די זאכן וואס דו שרייבסט וכדומה - דאס קומט פון חסרון אמונה.


לייג זיך אריין אין אמונה - וועסטו נישט האבן קיין שום פחדים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, און זיי ליידן פון דעם נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם. זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דאן העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט פחדים, די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.


ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה, ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער איז 'מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל', - דאן לעבט ער א רואיג לעבן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן; עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהויב, ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


די הייליגע חכמים זאגן (אבות א, ב): "עַל שְׁלשָׁה דְבָרִים הָעוֹלָם עוֹמֵד", די וועלט שטייט אויף דריי זאכן, "עַל הַתּוֹרָה וְעַל הָעֲבוֹדָה וְעַל גְּמִילוּת חֲסָדִים"; אידישע קינדער קענען העלפן די וועלט זאל שטיין דורכדעם וואס מען לערנט תורה, מען דינט דעם אייבערשטן און מען טוט חסד מיט אנדערע. אזוי אויך קען מען העלפן די וועלט זאל נישט אונטערגיין דורכ'ן העלפן בויען מוסדות התורה, חדרים, ישיבות און מיידל שולע'ס, ווייל אויף די תורה פון די קינדער שטייט די וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵּם אֶלָּא בִּשְׁבִיל הֶבֶל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט קען נישט אנגיין נאר אז קינדער לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#98 - וועלכע ספרים קענען מיר העלפן באקומען א שטארקע אמונה און בטחון?
התחזקות, אמונה, ספרי ברסלב, אשר בנחל, צרות, בטחון, ספרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר אייער מורא'דיגע אויסגאבע 'עצתו אמונה'; מיר ליינען עס יעדן שבת, און מיר זענען אזויפיל קונה דערפון. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ווייטער קענען פארשפרייטן ריכטיגע אידישקייט און אמונה, מיט הרחבת הדעת און געזונט און אלעס גוטס.


איך האב א פראבלעם וואס מוטשעט מיר שוין א שטיק צייט, און איך האף אז איר וועט זיין די ריכטיגע שליח מיר צו העלפן.


איך האב ברוך ה' א געטרייער ערליכער מאן מיט לעכטיגע קינדער, און נאך אסאך גוטע זאכן פון אונזער זיסער טאטע אין הימל, די זאך איז אבער אז מיר זענען אריבער זייער שווערע צייטן די לעצטע פאר יאר, מיט זייער א קראנקע קינד, ווי אויך האבן מיר אסאך מיטגעמאכט מיט די שטאטישע איינגעשטעלטע, און אויך להבדיל פון אידישע 'מצוה' אידן, וואס האבן געזוכט צו מאכן א חורבן פון אונזער שטוב. ברוך ה' אונזער קינד איז שוין געזונט, מיט גרויסע חסדי ה', און פאר יענע חברה איז נישט געלונגען צו מאכן די שאדן וואס זיי האב אזוי געוואלט מאכן. אזוי ווי איך האב געזאגט, איך האב אזוי פיל צו דאנקען! למעשה אבער איז דאס אלעס נאר במחשבה, איך ווייס אז אונזער טייערע טאטע זוכט נאר אונזער גוטס און טוט נאר גוטס, אבער ווען עס קומט צו שפירן די שמחה אמת'דיג אין הארץ, ארבעט עס שוין נישט.


איך בין זייער אויפגערעגט אויף די שלעכטע נעבעכדיגע חברה, כאטש איך ווייס אז זיי זענען למעשה נאר געווען א שטעקן פון באשעפער, און אויך בין איך זייער דערשראקן אז איך וועל נאכאמאל אריינפאלן אין זייער נעץ. די זארג און שרעק שטערן מיר ממש צום לעבן. חוץ פון דעם קען איך אסאך מאל ווערן איבערגענומען פון געפילן, פון טרויער, אויף די אומגעהויערע שוועריגקייטן וואס מיר זענען דורך, און פון כעס אויף געוויסע מענטשן, און עס איז מיר שווער זיך ארויסצוזען דערפון.


וואס איך וואלט געוואלט פון אייך איז בעיקר אן עצה וועגן וועלכע ספר, אדער אינהאלטסרייכע בוך, וואס איך קען לערנען אדער ליינען כדי צוצוקומען צו אמת'ע טיפע אמונה און רואיגקייט, אמת'דיג שפירן אז אלעס קומט פון באשעפער, און איז פאר אונזער טובה. איך זאל קענען צוקומען צו א מדריגה פון זיך שרעקן נאר פון באשעפער און נישט פון קיין שום מענטש, און אפשר זאל איך אפילו קענען שוין ענדליך אינגאנצן מוחל זיין יענע חברה, א זאך וואס איז מיר נאך זייער שווער. איך ווארט נאך אויך זיי זאלן מיר בעטן מחילה, אבער איך גלייב נישט עס וועט אמאל געשען. איך האב שוין געזוכט אפאר מאל אין לייברערי עפעס פאסיג, אבער עס געלונגט מיר נישט. דער ספר זאל זיין אין אידיש אדער ענגליש, ביטע.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע ספרים צו שטארקן די אמונה און בטחון זענען דעם רבינ'ס ספרים.


עס זענען דא נאך ספרים וואס זענען געשטעלט אויף אמונה און בטחון פון צדיקים פון די פריערדיגע דורות, דאך האבן דעם רבינ'ס ספרים א ספעציעלן כח; סיי מען שפירט ווי דער ספר איז געשריבן ספעציעל פאר זיך, יעדער איינער שפירט זיך ווי מען רעדט צו אים, און סיי דער ספר לעבט, די בריוון לעבן, עס איז אויף למעשה, עס טוישט דעם מענטש. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן, אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכה פאר'ן לעבן.


בפרט אז מיר האבן זוכה געווען אין אונזער דור, מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס אראפגעברענגט פאר אונזערע מוחות, אז מיר זאלן דאס פארשטייין, מיר זאלן האבן א געפיל אין דעם; אזוי ווי א מלמד נעמט שווערע טיפע גמרות און איז דאס מסביר מיט גרינגע ווערטער אז אפילו קליינע קינדער מיט שוואכע מוחות זאלן האבן אן השגה אין דעם, דאס האט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו געטון מיט דעם רבינ'ס ספרים; ווען מען לערנט די בריוו פון ספר הקדוש אשר בנחל, און די קונטרסים - באקומט מען א שטארקע אמונה, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


ביסט אריבער שווערע ביטערע צייטן אין לעבן, פארליר זיך נישט, פארליר נישט די אמונה; טראכט נישט קיין איין מינוט 'דער איז שולדיג', 'יענער איז שולדיג'; לייג זיך אריין אין אמונה. ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה, ער חזר'ט צו זיך: 'קיינער קען מיר גארנישט טון'; ער זינגט נגוני אמונה: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער געפונט זיך אין יעדע ארט; דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס איז ער, אלעס איז דער אייבערשטער" - דאס מאכט מען זאל זיין רואיג און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#97 - וואס האט דער רבי דערציילט "אזוי פירט דער אייבערשטער די וועלט"?
התחזקות, סיפורי צדיקים, אמונה, צרות, השגחה פרטית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן וואו איך קען טרעפן די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, וואס די סוף פון די מעשה זעט אויס אז ס'ענדיגט זיך נישט גוט, אבער דער רבי האט אויסגעפירט "אזוי פירט דער אייבערשטער זיין וועלט", וואס איז געווען די מעשה, און וואו קען איך זען די מעשה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די מעשה ווערט געברענגט אין שיחות מוהרא"ש חלק א אות אמונה, די ערשטע שטיקל אין שיחות מוהרא"ש. דארט איז פארשריבן די מעשה אזוי ווי מוהרא"ש האט עס דערציילט; דא האסטו די מעשה פונקטליך אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס מקבל געווען:


דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט דֶערְצֵיילְט פַאר אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ אַז עֶס אִיז אַמָאל גֶעוֶוען אַ אִיד מִיט אַ שֵׁיינֶע גְרוֹיסֶע מִשְׁפָּחָה מִיט קִינְדֶער, עֶר הָאט זִיךְ אָבֶּער זֵייעֶר גֶעמוּטְשֶׁעט אוֹיף פַּרְנָסָה, עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער אָרֶעמַאן, עֶר פְלֶעגְט אָפְּדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פוּנֶעם פָּרִיץ יֶעדֶעס יָאר, אָבֶּער דִי קְרֶעטְשְׁמֶע הָאט קוֹים אַרַיינְגֶעבְּרֶענְגְט עֶפֶּעס גֶעלְט, עֶס הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעקְלֶעקְט אוֹיף זַיינֶע טָאג טֶעגְלִיךְ הוֹצָאוֹת, אוּן זִיכֶער אִיז נִישְׁט אַרַיינְגֶעקוּמֶען גֶענוּג צוּ קֶענֶען צָאלְן פַארְ'ן פָּרִיץ דִי רַאטֶע, עֶר פְלֶעגְט דַארְפְן בָּארְגְן גֶעלְט צוּ קֶענֶען צָאלְן פַארְ'ן פָּרִיץ.


יֶעדֶעס יָאר וֶוען עֶס אִיז גֶעקוּמֶען דִי צַייט צוּ צָאלְן דִי יֶערְלִיכֶע רַאטֶע, הָאט דֶער פָּרִיץ עֶס נִישְׁט גֶעוָואלְט נָאכְאַמָאל פַארְדִינְגֶען פַאר אִים, וַוייל עֶר הָאט דָאךְ נִישְׁט גֶעהַאט צוּ צָאלְן גֶעהֶערִיג, דֶער פָּרִיץ הָאט גֶעוָואלְט טְרֶעפְן אַ צְוֵוייטְן וָואס זָאל אִיבֶּערְנֶעמֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע, אָבֶּער אִידִישֶׁע קִינְדֶער הָאבְּן רַחֲמָנוּת גֶעהַאט אוֹיף דֶעם אָרֶעמַאן, קֵיינֶער הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט אָפְּדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע, וִויסְנְדִיג אַז דָאס לֶעבְּן פוּן דֶעם אָרֶעמַאן מִיט זַיינֶע קִינְדֶער אִיז אָנְגֶעוָואנְדְן אִין דֶעם, אוּן אַזוֹי וִוי דֶער פָּרִיץ הָאט נִישְׁט גֶעקֶענְט טְרֶעפְן אַ צְוֵוייטְן, הָאט עֶר עֶס וִוידֶער גֶעדַארְפְט פַארְדִינְגֶען פַאר דֶעם אָרֶעמַאן פַאר נָאךְ אַ יָאר.


אֵיין יָאר אִיז אָנְגֶעקוּמֶען דָארְט אַ שְׁלֶעכְטֶער מֶענְטְשׁ, אַ גְרוֹיסֶער רָשָׁע אוּן גְּבַר אַלִּים, אוּן עֶר אִיז גֶעגַאנְגֶען צוּם פָּרִיץ אוּן גֶעזָאגְט אַז עֶר אִיז גְרֵייט צוּ צָאלְן פַאר דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פִיל מֶער גֶעלְט פוּן דֶעם אָרֶעמַאן, אוּן דֶער פָּרִיץ הָאט זִיךְ זֵייעֶר גֶעפְרֵיידְט אוּן הָאט טַאקֶע פַארְדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פַאר יֶענֶעם.


דִי אָרְטִיגֶע אִידְן הָאבְּן זִיךְ גֶעבֶּעטְן בַּיי דֶעם מֶענְטְשׁ עֶר זָאל נִישְׁט דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע רִשְׁעוּת, וִוי אַזוֹי קֶען עֶר זַיין אַזוֹי אַכְזָרִיוּת'דִיג קֶעגְן דֶעם אָרֶעמַאן מִיט אַ שְׁטוּבּ מִיט קִינְדֶער, אוּן יֶענֶער מֶענְטְשׁ הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעהַאט קַיין קִינְדֶער, זֵיי הָאבְּן פְּרוּבִּירְט מִיט אַלֶע כּוֹחוֹת אִים צוּרִיקְצוּהַאלְטְן פוּן צוּ טוּן דֶעם רִשְׁעוּת'דִיגְן אַקְט, עֶר הָאט אָבֶּער זִיךְ נִישְׁט צוּגֶעהֶערְט צוּ קֵיינֶעם, אוּן יָא אָפְּגֶעדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע.


דֶער פָּרִיץ הָאט אַרוֹיסְגֶעוָוארְפְן דֶעם אָרֶעמַאן אוֹיפְ'ן גַאס, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט קַיין הוֹיז וואוּ צוּ וואוֹינֶען, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט וָואס צוּ עֶסְן, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט מִיט וָואס צוּ פִיטֶערְן זַיינֶע קִינְדֶער, אוּן עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער רַחֲמָנוּת.


פַאר דֶעם רָשָׁע וָואס הָאט אוֹיסְגֶעכַאפְּט דֶעם אָרֶעמַאן, הָאט דִי הַצְלָחָה אָנְגֶעהוֹיבְּן שַׁיינֶען, וִוי נָאר עֶר הָאט אָפְּגֶעדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע אִיז עֶר זֵייעֶר רַייךְ גֶעוָוארְן, אוּן עֶר אִיז אוֹיךְ גֶעהָאלְפְן גֶעוָוארְן מִיט קִינְדֶער, אוּן פַאר מֶענְטְשְׁן אִיז דָאס גֶעוֶוען זֵייעֶר מָאדְנֶע, פַארְוָואס זָאל דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער גֶעבְּן פַאר דֶעם רָשָׁע אַזַא גְרוֹיסֶע הַצְלָחָה?


אוּן דֶער רֶבִּי הָאט אוֹיסְגֶעפִירְט דִי מַעֲשֶׂה, "אַזוֹי פִירְט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער דִי וֶועלְט".


מִיט דִי מַעֲשֶׂה הָאט דֶער רֶבִּי גֶעוָואלְט אַיינְבַּאקְן בַּיי אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה, נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין קַשְׁיוּת אוֹיפְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אֲפִילוּ מְ'זֶעט וִוי אַ רָשָׁע אִיז גָאר שְׁטַארְק מַצְלִיחַ, מֶענְטְשְׁן טוּעֶן שְׁרֶעקְלִיכֶע רִשְׁעוּת פַאר אַנְדֶערֶע אוּן מְ'זֶעט נִישְׁט זֵיי זָאלְן בַּאשְׁטְרָאפְט וֶוערְן אוֹיף דֶעם, פַארְקֶערְט, עֶס גֵייט זֵיי נָאר בֶּעסֶער אוּן בֶּעסֶער, טָאר אָבֶּער וֶוערְן אָפְּגֶעשְׁוַואכְט דִי אֱמוּנָה אֲפִילוּ מִיט אַ הָאר, מִיר דַארְפְן זִיךְ שְׁטַארְקְן אַז אֲפִילוּ מִיר פַארְשְׁטֵייעֶן גָארְנִישְׁט, אִיז אָבֶּער דֶער אֱמֶת אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט פּוּנְקְטְלִיךְ וָואס עֶר הָאט צוּ טוּן, אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶע חֶשְׁבּוֹן פוּן הִימְל, אֲפִילוּ מִיר פַארְשְׁטֵייעֶן עֶס נִישְׁט.


דוּרְךְ אֱמוּנָה פְּשׁוּטָה, גְלֵייבְּן אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט אַלֶעס, עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, קַיין שׁוּם זַאךְ פַּאסִירְט נִישְׁט פוּן זִיךְ אַלֵיין, אַלֶעס הָאט גֶענוֹיעֶם גוּטְן חֶשְׁבּוֹן פוּן הִימְל, אֲפִילוּ וֶוען פַאר אוּנְזֶערֶע אוֹיגְן זֶעט עֶס אוֹיס מָאדְנֶע, אָבֶּער אַז מְ'לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין אֱמוּנָה פְּשׁוּטָה קֶען מֶען זוֹכֶה זַיין צוּצוּקוּמֶען צוּ גָאר גְרוֹיסֶע מַדְרֵיגוֹת, צוּ אַ בְּחִינָה פוּן רָצוֹן, רַעֲוָא דְרַעֲוִין, אוּן זוֹכֶה זַיין מַשִׂיג צוּ זַיין פַארְוָואס עֶס זֶענֶען דָא צַדִיקִים וָואס גֵייט זֵיי שְׁלֶעכְט, אוּן פַאר רְשָׁעִים גֵייט גָאר גוּט (עַיֵין לִקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב', סִימָן ה').


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#96 - ווי אזוי קען איך מוחל זיין מענטשן וואס האבן מיר שלעכטס געטון?
מחלוקת, אמונה, צרות, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט ביי א שיעור ווי דער ראש ישיבה זאגט אז ער האט נישט קיין שום שווער הארץ אויף קיינעם, אפילו אויף די וואס האבן שטארק שאדן געמאכט אדער פארשעמט דעם ראש ישיבה. איך בין געווענליך מוחל גלייך ווען איינער איז מיר מצער, אבער ס'זענען דא עטליכע מענטשן וואס האבן מיך זייער פארשעמט און דערנידערט, ממש חרוב געמאכט מיין לעבן, אלעס נאר פאר זייערע אייגענע אינטערעסן, נישט ווייל איך האב זיי געטון סיי וועלכע שלעכטס, און איך קען זיי בשום אופן נישט מוחל זיין. מוהרא"ש זי"ע האט מיר געזאגט אז איך וועל נאך זען אז זיי וועלן נאך באצאלן אויף די וועלט אויף דעם וואס זיי האבן מיר געטון, און זיי האבן מיך קיינמאל נישט איבערגעבעטן. בין איך מחויב זיי מוחל צו זיין? און אויב יא, ווי אזוי קען איך דאס באווייזן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הער א מעשה פון הייליגן זוהר (פרשת מקץ, רא:): "רֶבִּי אַבָּא הֲוָה יָתִיב אֲתַרְעָא דְּאַבָּבָא דְלוֹד", דער הייליגער צדיק רבי אבא איז אמאל געזיצן ביים אריינגאנג צום שטאט לוד, "חָמָא חַד בַּר נָשׁ דְּהֲוָה אָתֵי, וְיָתִיב בְּחַד קוּלְטָא דְּתָלָא דְאַרְעָא", ער האט געזען א מענטש וואס איז געזיצן אויף א שטיין, "וְהֲוָה לָאֵי מֵאָרְחָא, וְיָתִיב וְנָאִים תַּמָּן", דער מענטש איז געווען אפגעמאטערט פון גיין אין וועג און ער האט זיך דארט אפגערוט, ער האט זיך געלייגט שלאפן, "אַדְּהָכִי חָמֵי חַד חִוְיָא, דְּהֲוָה אָתֵי לְגַבֵּיהּ", בשעת דער מענטש איז געשלאפן זעט רבי אבא ווי א שלאנג קומט צו גיין צום דעם מענטש, "נָפַק קוֹסְטְפָא דְגוּרְדְּנָא, וְקָטִיל לֵיהּ לְחִוְיָא", איז אראפגעפאלן א צווייג פון בוים און גע'הרג'עט דעם שלאנג, "כַּד אִתְעַר הַהוּא בַּר נָשׁ, חָמָא הַהוּא חִוְיָא לְקֳבְלֵיהּ, דְּהֲוָה מִית", ווען דער מענטש האט זיך אויפגעוועקט האט ער געזען נעבן זיך דעם טויטן שלאנג, "אִזְדַּקַּף הַהוּא בַּר נָשׁ, וְנָפַל הַהוּא קוּלְטָא לְעוּמְקָא דִּתְחוֹתוֹי וְאִשְׁתֵּזִיב", און ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט פון די שטיין אויף וואס ער איז געזיצן האט זיך דער שטיין אראפגעקוילערט אראפ א טיפע טאל, וואס אויב וואלט דער מענטש געבליבן זיצן נאך איין רגע וואלט ער אראפגעפאלן אינאיינעם מיט'ן שטיין און ער וואלט געשטארבן, "אֲתָא רֶבִּי אַבָּא לְגַבֵּיהּ, אָמַר לֵיהּ, אֵימָא לִי מָאן עוֹבָדָךְ, דְּהָא קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא רָחִישׁ לָךְ אִלֵּין תְּרֵין נִסִּין", האט זיך רבי אבא פארוואונדערט, ער גייט צום מענטש און פרעגט אים, זאג מיר וואס זענען דיינע גוטע מעשים וואס דו טוסט? איך זע אז דער אייבערשטער האט דיר געהיטן, עס האט פאסירט צוויי גרויסע ניסים מיט דיר, "לָאו אִינוּן לְמַגָּנָא", עס איז זיכער נישט אומזיסט, "אָמַר לֵיהּ הַהוּא בַּר נָשׁ, כָּל יוֹמָאי לָא אַשְׁלִים לִי בַּר נָשׁ בִּישָׁא בְּעַלְמָא, זאגט אים דער איד, מיין גאנץ לעבן אויב איינער האט מיר געטון שלעכטס, "דְּלָא אִתְפַּיַּיסְנָא בַּהֲדֵיהּ, וּמָחִילְנָא לֵיהּ", האב איך זיך גלייך איבערגעבעטן מיט יענעם און יענעם מוחל געווען, "וְתוּ, אִי לָא יָכִילְנָא לְאִתְפַּיְיסָא בַּהֲדֵיהּ, לָא סָלִיקְנָא לְעַרְסִי, עַד דְּמָחִילְנָא לֵיהּ, וּלְכָל אִינוּן דִּמְצַעֲרוּ לִי", און אויב האב איך זיך נישט איבערגעבעטן מיט יענעם בין איך נישט אריין אין בעט זיך לייגן שלאפן ביז איך האב יענעם מוחל געווען און פאר אלע וואס האבן מיר וויי געטון, "וְלָא חַיְישָׁנָא כָּל יוֹמָא לְהַהוּא בִּישָׁא דְּאַשְׁלִים לִי", און איך האב מער נישט געטראכט פון וואס זיי האבן מיר געטון, "וְלָאו דִּי לִי דָא", נישט נאר דאס, "אֶלָּא דִּמְהַהוּא יוֹמָא וּלְהָלְאָה, אִשְׁתַּדַּלְנָא לְמֶעְבַּד עִמְּהוֹן טָבָא", נאר אויך פון דעמאלט האב איך פרובירט צו טון מיט די מענטשן וואס האבן מיר וויי געטון - נאר גוטס. פירט אויס דער הייליגער זוהר: "בָּכָה רֶבִּי אַבָּא וְאֲמַר", רבי אבא האט געוויינט פאר שמחה און געזאגט "יָאוֹת הוּא דְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא יַרְחִישׁ לֵיהּ נִיסָּא עַל נִיסָּא", יעצט פארשטיי איך פארוואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט דיר אזעלכע גרויסע ניסים, דו ביסט ווערד עס זאל מיט דיר פאסירן נאך און נאך ניסים.


נעם אריין אין דיר 'אלעס איז דער אייבערשטער, קיינער קען נישט שלעכטס טון און קיינער קען נישט גוטס טון; אלעס וואס גייט אריבער - איז וואס איך דארף אריבער גיין, דער וואס טוט שלעכטס - וועט דער אייבערשטער זיך מיט אים פאררעכענען, און דער וואס טוט גוטס וועט באקומען גוטס' - וועסטו נישט האבן אויף קיינעם קיין שווער הארץ.


חזר די שטיקל צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ח) וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט, וועט דיר אלעס גיין גרינגער; חזר דאס יעדן טאג:


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיךְ בֶּעט אַייךְ אִיר זָאלְט זִיךְ שְׁטַארְקְן מִיט דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, שְׁטֶענְדִיג זָאלְט אִיר הַאלְטְן פַאר דִי אוֹיגְן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִיר זָאלְט קֵיינְמָאל נִישְׁט קוּקְן אוֹיף אַ צְוֵוייטְן. דִי וֶועלְט אִיז נִישְׁט אֵייעֶרְס, נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ נִישְׁט זָארְגְן פַאר אַ וֶועלְט וָואס גֶעהֶערְט נִישְׁט צוּ אַייךְ. אִיר דַארְפְט אַייךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט מְבַלְבֵּל זַיין פוּן אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן, נִישְׁט קוּקְן אוֹיף קַיין אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן. וָואס אִיר דַארְפְט הָאבְּן זָאלְט אִיר זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן אוּן צוּ בֶּעטְן נָאר פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אִידִישׁ, אָדֶער אוֹיף סֵיי וֶועלְכֶע שְׁפְּרַאךְ אִיר זֶענְט צוּגֶעוואוֹינְט צוּ רֶעדְן.


דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן בּוֹיעֶט אוֹיף דִי אֱמוּנָה פוּנֶעם מֶענְטְשׁ, מִיט דֶעם וָואס אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר בֶּעט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַלֶעס וָואס עֶר דַארְף, מִיט דֶעם וַוייזְט עֶר אַז עֶר וֵוייסְט אוּן גְלֵייבְּט קְלָאר אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקַייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#95 - ווי אזוי קען מען זיך אויסארבעטן די מדה פון קנאה?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, מדות טובות, תכלית, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף די הערליכע שיעורים וואס זענען ממש מחיה נפשות.


איך וויל פרעגן ווי אזוי מ'קען זיך אויסארבעטן די מדה פון קנאה; איך האב זיך קיינמאל געקענט אלס א מענטש וואס האט די שלעכטע מדה, איך בין א מענטש וואס פארגינט יעדן, און איז באמת פרייליך מיט יענעמ'ס הצלחה און גוטס, לעצטנס איז אבער דא ביי מיין ארבעט א אינגערמאן וואס האט מיר געמאכט אנערקענען אז איך האב יא די שלעכטע מידה.


ער איז מורא'דיג א מוצלח, און ס'זעט מיר אויס ווי ער האט אלעס אין זיין לעבן, וואס איך חלום אויף דעם, און איך ווייס אז איך וועל קיינמאל נישט קענען צוקומען צו דעם, און איין טאג האב איך זיך פשוט געכאפט אז איך בין אים מקנא.


דאס איז פאר מיר א טאפלטע שווערע געפיל, איינס אז איך האב די שווערע שלעכטע מידה, און אויך אז איך קען נישט פטור ווערן פון די געפיל אז איך בין אים מקנא. וואס קען איך טאן צו דעם? ווי אזוי ארבעט איך אויס די שלעכטע מידה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין פראבלעם איז נישט אזוי געפערליך, דו ווייסט כאטשיג אויף וואס דו ליידסט. רוב מענטשן האבן די פראבלעם פון קנאה, אבער דער צרה איז אז זיי ווייסן ניטאמאל אז זיי האבן קנאה, זיי עסן זיך אויף פון אנדערע מענטשן אן דעם וואס זיי זאלן קענען קלאר ארויסזאגן: "איך לייד פון קנאה"; זיי מאכן מחלוקות, זיי בארעדן מענטשן, זיי טראכטן מען דארף דעם באגראבן און דעם אויסרייסן - אן דעם וואס זיי זאלן קענען זאגן די ווערטער וואס דו זאגסט: "איך לייד פון קנאה", "איך האב א צרה", "איך דארף הילף".


מוהרא"ש זאגט, אלע צרות און אלע פראבלעמען הייבט זיך אן מיט קנאה; מענטשן ווערן אויפגעגעסן פון קנאה. אלע מחלוקות צווישן משפחה, שכנים, חברים וכדומה - אלץ איז קנאה, מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען פארגעסט אז די וועלט פירט זיך מיט א בעל הבית. דאס וואס דער האט אזא ווייב און קינדער, געלט, א שיינע הויז, א שיינע קאר - איז מיט א חשבון פון הימל, עס האט גארנישט מיט'ן מענטש, און דאס וואס איך האב און וואס איך האב נישט - איז פונעם אייבערשטן, איז דאך נישט שייך קיין קנאה.


נאך אביסל וועלן מיר אלע צוריק גיין צום אייבערשטן, עס וועט אונז גארנישט נוצן. עס קומט א צייט וואס מען וועט אונז אלע צוריק לייגן פון וואו מיר זענען געקומען, מיר זענען באשאפן פון די ערד און דארט וועלן מיר צוריק גיין; דארט איז נישטא קיין קנאה, דארט איז יעדער פארנומען מיט זיך אליינס.


מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז געווען א חבד'סקער חסיד און משפיע רבי מענדל פוטערפאס זכרונו לברכה, די רוסן ימח שמם האבן אים פארשיקט קיין סיביר, דארט האט ער געארבעט אין די ביטערע פרעסטן, ער פלעגט נעמען די מתים, די טויטע אידן און זיי באערדיגן, האט ער דערציילט אז ער האט געזען אן אינטערעסאנטע זאך ביי די טויטע, קיינער קוקט נישט אויפ'ן צווייטן; אלע ליגן אויף דער ערד מיט'ן פנים ארויף, נישטא קיין קנאה, קיינער קוקט נישט אויפ'ן חבר; אלע ווארטן מען זאל זיי שוין ברענגען לקבורה.


דו ווייסט כאטשיג דיין פראבלעם - קענסטו דאך גלייך נעמען די רפואה פון רבי'ן. דער רבי האט אונז אלע פארשריבן א גרויסע רעצעפט, ווי נאר מען ווייסט אז מען איז נישט בסדר - קען מען גלייך אייננעמען דעם איינשפריץ און מען ווערט אויסגעהיילט, דער רבינ'ס רעצעפט איז: "התבודדות"; מען זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, זיך אויסשמועסן אזוי ווי מען שמועסט מיט א נאנטער פריינט און אים בעטן מען זאל ארויסגיין פון די שלעכטע נאטורן.


יעצט אז דו ווייסט פונקטליך דיין פראבלעם זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, זאג פאר'ן אייבערשטן די ווערטער:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין צופרידן מיט וואס איך האב און מיט וואס איך האב נישט, איך זאל געדענקען אז דו פירסט אלעס, אלעס וואס איך האב - איז פון דיר; מיין ווייב, מיינע קינדער, מיין געלט, מיין הויז, מיין קאר - אלעס אלעס איז פון דיר מיט א פונקטליכער חשבון, העלף מיר איך זאל געדענקען אז קיינער קען מיר גארנישט צונעמען און קיינער קען מיר גארנישט געבן.


רבונו של עולם, העלף מיר, הייל מיר אויס; העלף מיר איך זאל קענען אויסארבעטן מיינע מידות. איך בין אזוי פארדארבן, איך האב אזעלכע פארדארבענע מידות, איך בין מקנא אנדערע, איך פארגעס אז דו ביסט דא, איך פארגעס אז דו געבסט אלעס, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס, איך קוק אויף דעם און אויף יענעם, איך פארגעס פון דיר.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען פון תכלית, איך זאל געדענקען אז נאך אביסל גייט מען מיר אריינלייגן אין די ערד, דארט איז נישטא דער מיט יענער, דארט איז דא ווערים און מייז, דעמאלט וועט מען אפיר נעמען מיינע מעשים; מיין דאווענען, מיין לערנען און מיינע גוטע מעשים, נאר דאס וועט זיין חשוב, מען וועט אפציילן אלע פרקים משניות וואס איך האב גורס געווען, מען וועט אפציילן אלע קאפיטלעך תהילים און בלעטער גמרא, דאס וועט זיין חשוב; בעט איך דיר רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל נישט קוקן אויף אנדערע, איך זאל זיך פרייען מיט וואס איך האב, איך זאל אריינכאפן אביסל גוטע זאכן".


אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן; שעם זיך נישט, דערצייל דעם אייבערשטן פונקטליך וועם דו ביסט מקנא און מיט וואס דו ביסט אים מקנא, אזוי וועט עס ארויסגיין פון דיר.


די רעצעפט פון רבי'ן איז אזוי וואונדערליך; עס נעמט ארויס אלע שלעכטע מידות, מען ווערט א ריינער מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#94 - ווי אזוי שטארק איך זיך נישט צו קוקן מאוויס?
חיזוק פאר מיידלעך, תפילות אויף אידיש, אמונה, מאוויס, שמחה, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען צום ערשט פאר די הערליכע שיעורים, איך האב גארנישט מיט ברסלב, אבער איך האב איינמאל געהערט א שיעור פון אייך, און דעמאלט האב איך זיך איינגעשריבן צו באקומען די חיזוק יומי און די שיעורים, און דאס איז יעצט מיין לעבן.


איך בין א צוואנציג יעריגע מיידל, ס'איז געווען א צייט וואס איך האב געקוקט מאוויס, איך האב געוואוסט אז דאס איז נישט גוט, און איך האב שווער געארבעט אויף זיך, ביז איך האב מצליח געווען אוועקצואווארפן אלע מאוויס.


איך האב זיך מחזק געווען די גאנצע צייט אז אט אט ווער איך שוין א כלה, איך גיי שוין חתונה האבן, אבער למעשה איז נישט אלעס געגאנגען לויט מיינע פלענער, און איך בין געבליבן פון די לעצטע פון מיין קלאס, אלע מיינע גוטע חבר'טעס האבן שוין חתונה געהאט, און טייל האבן שוין אויך א קינד, און ס'איז מיר זייער שווער אויפ'ן הארץ.


אויסער דעם בין איך אריבער א שווערע צייט די לעצטע יאר, ס'איז געווען ביי אונז אסאך שוועריקייטן, און די אלע זאכן האבן געברענגט אז לעצטנס בין איך צוריק געפאלן צו קוקן מאוויס. איך ווייס אז עס ברענגט מיר נישט קיין גוטס, אבער איך האב נישט עפעס אנדערש מיט וואס זיך פרייליך צו מאכן.


בכלל איז מיר געווארן זייער שווער לעצטנס, איך בין ווייניגער מקפיד אויפ'ן דאווענען, ווייל איך שפיר אז עס העלפט מיר סיי ווי נישט, און איך בין זייער מבולבל אין אמונה.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מחזק זיין און געבן אן עצה ווי אזוי צו גיין פון דא און ווייטער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען איר וואלט געוויסט וואס מאוויס טוט פאר'ן מענטש - וואלט איר נישט געדארפט חיזוק דאס נישט צו קוקן, איר וואלט נישט צוגערירט צו דעם.


מענטשן מיינען עס איז א פרומע זאך נישט צו קוקן, מען טראכט 'עס איז נישט אזוי געפערליך, עס זענען דא נאך אסאך מענטשן וואס קוקן'; גלייבט מיר, נישטא נאך אזא שעדליכע זאך פאר'ן מענטש ווי קוקן מאוויס, עס מאכט דעם מענטש דעפרעסט, מען ווערט פאררוקט אין קאפ, מיט די צייט דארף מען אנהייבן נעמען מעדעצין פאר דעפרעסיע.


אזא שאד אז מען רעדט נישט צו מיידלעך אין אלע סקולס פון די סכנה פון קוקן מאוויס; מיידלעך פאלן אריין אין דעם, זיי טראכטן אז נאר די פרומע מענטשן קוקן נישט און אויב מען וויל נישט זיין אזוי פרום, מען וויל זיין אביסל מיט א אפענע קאפ (אופע"ן מיינדע"ד) - דארף מען קוקן מאוויס.


וואס זאל איך אייך זאגן, מאוויס נעמט אוועק יעדע פינטל גוטס פונעם מענטש, עס נעמט אוועק די שמחה פונעם מענטש און עס נעמט אוועק די צופרידנקייט; נאכדעם מוטשעט מען זיך אין לעבן, עס שטערט פאר נאך די חתונה, מען קען נישט לעבן מאן און ווייב אן עכטע לעבן מיט ליבשאפט, אלץ קומט אריין די זאכן וואס מען האט געקוקט השם ישמרינו.


איר שרייבט אז איר מוזט עפעס טון זיך פרייליך צו מאכן, איר האט נישט עפעס אנדערש מיט וואס זיך פרייליך צו מאכן; אמת, איר דארפט עפעס טון זיך פרייליך צו מאכן, אבער מאוויס מאכט נישט פרייליך, מאוויס איז אינטערעסאנט, עס איז ציענדיג - אבער עס מאכט נישט פרייליך; עס מאכט פארקערט פון פרייליך, עס ווארפט אריין דעם מענטש אין א דעפרעסיע, עס ברענגט שלעכטע מחשבות; מען דארף נאכדעם גיין זיך היילן, דער גאנצער לעבן איז אנגעפילט מיט ווייטאג, מען הערט אויף שפירן דעם אייבערשטן, מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען גיין צו טערעפי, טיפולים וכדומה, מען גייט צו דאקטורים, מען זוכט 'ווער קען מיר היילן?' 'ווער קען מיר באפרידיגן?' (דאס איז די סיבה פארוואס אין די היינטיגע טעג דארפן אזויפיל מענטשן מעדעצין).


דאס וואס איר שרייבט אז לעצטנס האט איר פארלוירן דעם געפיל אין דאווענען, אויך האט איר בלבולים אין אמונה; וואס דען האט איר געמיינט? דאס איז דאך פשט, דאס איז ווען מען היט נישט די אויגן, מען פארלירט די אמונה, עס ווערט פארוואלקנט, מען קען נישט זען מער דעם אייבערשטן. אזוי ווי אין א פארוואלקנטע טאג זעט מען נישט די זון, אלעס זעט אויס שווארץ; די אלע וואס געפונען זיך העכער די וואלקענעס, די וואס פארן מיט א פליגער - די זעען די זון שיינט און ברענט, ממש א מחי', אזוי ווי שטענדיג, נאר די וואס זענען דא אינטן - די זעען נישט די זון, זיי זעען וואלקענעס; אזוי איז ווען מען היט נישט די אויגן, עס ווערט פארשטעלט די שיין פון אייבערשטן, מען האט בלבולים, מען זעט גארנישט, מען שפירט גארנישט, מען האט קשיות השם ישמרינו; די וואס היטן די אויגן - האבן נישט קיין קשיות, די זענען שטארק מיט אמונה, די האבן נישט קיין בלבולים.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט קענען אפלאזן די מאוויס, בעטס אים אויף אייער שפראך, רעדט צו אים אזוי ווי איר רעדט צו א נאנטע פריינט, בעטס אים: "הייליגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר? איך ווער נאר ווייטער און ווייטער פון דיר, איך קען זיך נישט שטארקן צו היטן מיינע אויגן. יעצט האב איך שוין נישט די שטארקע אמונה פון אמאל, הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל היטן מיינע אויגן, איך זאל נאר טראכטן פון דיר, איך וויל נאר זען דיר שטענדיג פאר מיר, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך. הייליגער באשעפער, איך וויל חתונה האבן, איך וויל נישט זיין אליינס, איך קען נישט זיין אליינס; איך בעט דיר, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין שידוך, איך זאל זיין פרייליך"; אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך, וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#93 - ווי אזוי קען איך זיין צופרידן פון מיין ווייב?
שלום בית, קדושה, תפילות אויף אידיש, אמונה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט קיין ברסלב'ער חסיד, אבער די זאך פון רעדן צום אייבערשטן האב איך יא אביסל, נאך אלס קינד פלעגט מיין שוועסטער זאגן אז איר לערערין זאגט אז מ'קען רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש, אין אנהויב האב איך געלאכט דערפון, אבער שפעטער האט עס מיר יא געכאפט, איך האב געשפירט אז איך האב אלעמאל אן אוזן קושבת, דער אייבערשטער איז גרייט מיר אויסצוהערן אלעמאל, אפילו ווען מענטשן פארשטייען מיר נישט.


מיין שאלה איז אזוי, איך האב ברוך ה' פיין חתונה געהאט, איך האב א גוטע און וואוילע ווייב, אבער מיר קומען פון פרומע משפחות, און איך שפיר אז זי איז נישט גענוג אהערגעשטעלט פאר מיר, און איך האב אסאך פראבלעמען אין שמירת עינים, וואס שטערט מיר אסאך אין לעבן.


ווען איך האב זיך אויסגערעדט פאר חברים, האבן זיי מיר גע'עצה'ט זיך צו גט'ן, איך וויל אבער נישט, איך בין זייער צופרידן מיט איר, נאר עס שטערט מיט די פרומע וועג ווי אזוי זיך גייט אנגעטון. וואס איז יא די עצה? ווי אזוי קען איך מאכן אז איך זאל באמת זיין צופרידן אין שטוב, און נישט זוכן קיין גליקן אינדרויסן?


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען אויף די פילע עצות און חיזוק וואס איך האב שוין באקומען פון אייך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל וואס איך גיי דיר זאגן, אויב איינער דארף זיך פאררעכטן - איז דאס נישט דיין ווייב; אז דו ביסט נישט צופרידן, דו ביסט נישט זאט אין לעבן - האט דאס נישט מיט איר, דו ביסט דער פראבלעם, אז דו ווילסט זיך שפירן צופרידן און גליקליך - ליגט דאס אין דיינע הענט. זיין א צופרידענער מענטש האט מיט זיך אליינס; די וואס טראכטן: 'אויב מיין ווייב וועט זיין אזוי און אזוי, זי וועט זיך אנטון אזוי און אזוי - וועל איך זיין גליקליך און צופרידן', אזוי אויך די פרויען וואס טראכטן: 'ווען מיין מאן וועט זיין אזוי און אזוי, וועל איך זיין א גליקליכע' - די זענען זיך טועה, ווייל זיין פרייליך, גליקליך און צופרידן - דאס האט מיט זיך אליינס.


ווי אזוי ווערט מען א צופרידענער מענטש? ווען א מענטש געבט זיך איבער צום אייבערשטן, ער איז זיך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן - דעמאלט הייבט מען אן שפירן א צופרידנקייט אין לעבן, מען ווערט אזוי פרייליך, מען שפירט זיך זייער גליקליך.


וואס איז ביטול? ווי אזוי איז מען זיך מבטל צום אייבערשטן? ווען מען ווייסט און געדענקט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, גארנישט איז א פערצופאל, נישטא קיין טבע, נישטא קיין מקרה און קיין מזל, אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס איז א לבוש, א פארשטעלאכטץ פונעם אייבערשטן; מיין ווייב, מיין מאן, מיינע קינדער, מיין פרנסה, מיין הויז, מיין קאר, מיין טאטע, מיין מאמע, מיינע שוועריקייטן, מיינע איבערגייאכטץ, מיין אלעס וואס איך האב און וואס איך גיי אריבער - איז דער אייבערשטער, ווען מען נעמט דאס גוט אריין אין זיך, ווערט מען איינס מיט'ן אייבערשטן, דאס איז ביטול; דעמאלט איז מען צופרידן מיט וואס דער אייבערשטער געבט.


אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א וואוילע ווייב און א גוטע ווייב, אזוי ווי דו שרייבסט אינעם בריוו: "זי איז וואויל, זי איז גוט", - דארפסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, וואס דארף מען מער פון גוט און וואויל? עפעס אנדערש איז נאר דמיונות. מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כג:) דער הייליגער אמורא רבי מני האט זיך באקלאגט פאר רבי יצחק בן אלישיב: "לֹא מִיקַּבְּלֵי עֲלֵי אִינְשֵׁי בֵּיתִי", איך האב נישט קיין געפיל צו מיין ווייב, זי איז נישט שיין פאר מיר, האט רבי יצחק מתפלל געווען פאר איר זי זאל שיין ווערן און עס איז געשען א נס אז זי איז שיין געווארן. נאכדעם איז ער געקומען וויינען צו רבי יצחק און געזאגט: "קָא מִגַּנְדְּרָא עֲלֵי", פון ווען זי איז שיין געווארן גרויסט זי זיך אויף מיר, זי איז מזלזל אין מיר, האט רבי יצחק געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל אוועק גיין דאס שיינקייט פון איר כדי זי זאל נישט טשעפען איר מאן און זי איז צוריק געווארן ווי פריער, אים איז ענדערש געווען א פשוט'ע פרוי וואס איז נישט אזוי אהערגעשטעלט וכו' אבער זי האט הכנעה; זי גרויסט זיך נישט, זי איז געטריי, זי איז גרייט פאר אים, זי קוקט ארויף אויף אים - ווי איידער האבן א פרוי וואס גרויסט זיך און טרעט אויף אים.


אסאך אינגעלייט ווי דיר האבן די פייגלעך אין קאפ, זיי פייניגן זיך מיט דער געדאנק: 'איך וויל מיין ווייב זאל גיין אנגעטון אזוי', 'איך וויל א ווייב אזוי', זיי שלאגן זיך אין קאפ מיט מחשבות: 'ווען זי וואלט ווען געווען אזוי וואלט איך געווען פרייליך', 'ווען זי וואלט זיך געטוישט וואלט איך געהאט שמירת עיניים'; דאס איז אלעס פונעם יצר הרע וואס וויל נישט דער מענטש זאל זיין ערליך, הייליג און ריין; ער ברענגט די סארט מחשבות פון נישט זיין צופרידן פון די ווייב.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין פרייליך, בעט דעם אייבערשטן אויף אמונה, בעט אים די ווערטער:


"הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך רוען די שכינה ביי אונז אין שטוב, געב מיר צופרידנקייט; איך זאל זיין צופרידן מיט מיר, איך זאל זיין צופרידן מיט מיין לעבן, מיט מיין ווייב און מיט אלעס וואס איך האב.


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן; איך בין אזוי פארזינקען אין טומאה, איך האב מפקיר געווען מיינע אויגן, איך קוק אויף פרעמדע פרויען; דאס מאכט איך זאל נישט ליב האבן מיין ווייב. איך בין אזוי משוגע געווארן פון קוקן אזויפיל שמוץ, עס איז ביי מיר מקוים געווארן דער פסוק פון די תוכחה (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", איך האב א וואוילע ווייב, אבער די עבירות מאכן איך זאל זיין אזוי פארדריידט אז איך טראכט נארישע מחשבות פון זיך גט'ן השם ישמרינו; העלף מיר טאטע, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, איך וויל היטן מיינע אויגן, אזוי וועל איך ליב האבן מיין שטוב, איך וועל ליב האבן צו זיין אינדערהיים מיט מיין משפחה, העלף מיר איך זאל זיין צופרידן, איך ווייס נישט פארוואס איך וויל אלץ ארויסלויפן, איך זוך אלץ גליקן, איך רעד זיך איין אז עפעס גליק איז דא אינדרויסן"; אזוי זאלסטו וויינען צום אייבערשטן, און לייג צו דיינע אייגענע בקשות פון הארץ.


איך זאג דיר צו, אויב דו וועסט יעדן טאג בעטן די תפילה וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועסט אנהייבן שפירן אין שטוב א טעם גן עדן, דו וועסט נישט וועלן עפעס אנדערש ווי דיין ווייב און קינדער, עס וועט דיר נישט אינטערעסירן די גאס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#92 - ווי אזוי ווערט מען א תלמיד היכל הקודש?
אומאן, אמונה, ספרי ברסלב, מוהרא"ש, היכל הקודש, ניגונים, תלמיד, חסידות, רבינו ז"ל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל, א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו וואס זענען מיר גאר שטארק מחזק.


איך בין א אינגערמאן מיט א געבענטשטע משפחה, איך ארבעט פאר פרנסה, און איך הער די שיעורים און איך ליין די בריוו פון עצתו אמונה. מיין שאלה איז, קען איך זיך אויך רעכענען פאר א תלמיד הישיבה פון דערווייטנס דא וואו איך וואוין, כאטש וואס איך ארבעט א גאנצן טאג? און אויב יא, ווי אזוי?


נאך א זאך וויל איך פרעגן, איך האב געזען וואס איר האט מיר געענטפערט איבער דעם וואס איך האב געפרעגט וואס דער רבי זאגט אז דורך א ניגון פונעם צדיק גייען אוועק די שאלות פון חלל הפנוי. דער ראש ישיבה האט געשריבן, "וויסן זאלסטו אז דורך די ניגון פונעם צדיק קומען אלע צוריק צום אייבערשטן, אלע וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן מיט אפיקורסות, זיי האבן קשיות אויף די אמונה - די אלע, ווען זיי הערן די ניגון פונעם צדיק - קומען זיי צוריק", איך האב אבער נישט פארשטאנען ווי אזוי מ'נוצט דאס אויף למעשה, איז דאס עפעס א געוויסע ספעציעלע ניגון וואס מ'דארף זינגען? אדער סיי וועלכע ניגון פון א צדיק וואס איז מעורר אויף דעם "ממלא כל עלמין", אז דער אייבערשטער איז איבעראל, העלפט אויך? ביי מיר ארבעט עס אז יעדעס מאל ווער איך נתעורר דורך אן אנדערן ניגון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט פון די נקודה, מען זאל נישט מיינען אז דער רבי איז מצומצם אין א געוויסע פלאץ. לאנגע יארן האט מען געמיינט אז דער רבי איז מצומצם אין די שול אין ירושלים; אלע האבן נאר געוואלט קומען קיין ירושלים צום שול, כאילו נאר דארט איז דער רבי'ס זאך, מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט קעגן דעם, מען זאל וויסן אז דער רבי איז איבעראל, דער רבי געפונט זיך דארט וואו מען רעדט פון אים, דארט וואו מען לערנט זיינע הייליגע ספרים און וואו מען פאלגט די עצות.


ווען מען האט נישט געקענט פארן קיין אומאן איז געווען א גרויסע מחלוקת צווישן אנשי שלומינו וואו דער קיבוץ איז; א טייל האבן געזאגט דער קיבוץ איז אין ירושלים און א טייל האבן געזאגט אז דער קיבוץ איז אין מירון, ביים קבר פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, ביז מוהרא"ש איז געקומען, ער האט גערעדט און געשריבן אז מען זאל נישט מאכן קיין עסק - נישט פון מירון און נישט פון ירושלים; דער קיבוץ איז אין אומאן, און אז מען קען נישט זיין אין אומאן, איז איבעראל וואו עס קומען זיך צוזאמען צען מענטשן אנשי שלומינו וואס גלייבן אין רבי'ן - דארט איז א קיבוץ.


אויך אין אומאן האט מהרא"ש מבטל געווען די טפשות פון די וואס האבן געזאגט אז דער רבי איז אין קלויז, דער רבי איז דא, דער רבי איז דארט; מוהרא"ש האט געזאגט: "דער רבי געפונט זיך דארט וואו מען רעדט פון אים, דארט וואו מען לערנט די ספרים און מען איז מקיים די עצות", ובפרט דארט וואו מען פאלגט דעם רבי'ן בענין קירוב רחוקים, וואס דער רבי האט אזוי סאך גערעדט פון דעם, מען זאל עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


דאס זעלבע זאג איך דיר, דו ווילסט זיין א תלמיד היכל הקודש; א תלמיד היכל הקודש איז נישט דער וואס איז נאנט, די וועלכע זענען נאנט און טוען נישט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט - האבן גארנישט קיין שייכות מיט היכל הקודש, מען קען זיין נאנט און מען איז ווייט, און מען קען זיין ווייט און מען איז נאנט; נאנט איז דער וואס לערנט אסאך אשר בנחל, דער וואס איז זיך מחזק מיט די עצות.


אויף די פראגע וועגן די ניגון וואס דער רבי רעדט וכו'; די צדיקים זענען מגלה די ריינע קלארע אמונה, זיי זינגען ניגונים פון אמונה און דורך דעם קערן זיך אלע צוריק צום אייבערשטן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געמאכט א ניגון אויף די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", מוהרא"ש האט דערציילט אז עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהייב דאס גיין אליין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, ער האט מורא געהאט צו זיין אליין אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזונגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט הונדערטער מאל, ביז עס איז געווארן די שיינע ניגון.


ווען מען זינגט די ניגונים ווערט מען שטארק אין אמונה, מען באקומט א לויטערע אמונה. די צדיקים, זיי ברענגען אריין א שטארקע אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "עַל כֵּן כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", די אלע וואס זענען זוכה צו מקורב ווערן צו אן אמת'ן מנהיג זענען זוכה צו האבן אמונה, "אֲבָל בֶּאֱמֶת צְרִיכִין לְחַפֵּשׂ וּלְבַקֵּשׁ מְאֹד מְאֹד אַחַר מַנְהִיג אֲמִתִּי כָּזֶה", אבער מען דארף זוכן זייער שטארק אז מען זאל טרעפן אן אמת'ער מנהיג, "וְצָרִיך לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער מנהיג, "כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת", כדי מען זאל זוכה זיין צו לעבן מיט אמונה, "כִּי כְּשֶׁמִּתְקָרְבִין, חַס וְשָׁלוֹם, לְמַנְהִיג שֶׁל שֶׁקֶר", ווייל ווען מען ווערט מקורב צו א פאלשער מנהיג, "עַל יְדֵי זֶה בָּאִין, חַס וְשָׁלוֹם, לֶאֱמוּנוֹת כָּזְבִּיּוֹת", פארלירט מען די אמונה און מען הייבט אן גלייבן אין פאלשע זאכן רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן א שטארקע אמונה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#91 - ווי אזוי בלייבט מיט די חשק צו רעדן צום אייבערשטן?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, התחדשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יארן צוריק האב איך געטראפן די ספרים פון מוהרא"ש זי"ע, און דאס האט מיר זייער אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, איך האב זיך צוגעכאפט צו די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, און כאטש וואס ס'איז מיר געווען זייער שווער, האב איך זיך געשטארק צו רעדן און בעטן יעדע זאך דעם אייבערשטן, וויסנדיג אז נאר אין דעם ליגט מיין ישועה.


מיט די צייט בין איך אבער געווארן אפגעשוואכט פון דעם, ווייל איך זע אז נישט אלץ קומט אן די ישועה וואס איך דארף, איך קען בעטן אויף א זאך איינמאל און נאכאמאל, גאר אסאך מאל, און די ישועה קומט נישט אן. איך ווייס און איך גלויב אז קיין איין תפלה גייט נישט לאיבוד, דער אייבערשטער נוצט עס פאר וויכטיגערע זאכן, און אזוי ווייטער, אבער למעשה מאכט דאס שווערער דאס בעטן דעם אייבערשטן, ווייל איך דארף דאך יעצט די ישועה אויף וואס איך ווארט.


לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל, אז איינער זאל מיר זאגן אז אויב איך שלעפ א ריזן הויפן ציגל וועט ער מיר צאלן פאר דעם גאר אסאך געלט, וואלט איך געלאפן עס טון אפילו ס'איז שווער. אבער ווען ער הויבט מיר אן זאגן אז ער גייט מיר נאר צאלן יעדע צוואנציגסטע אדער דרייסיגסטע מאל וואס איך שלעפ עס, און ס'קען זיין ער וועט מיר איגנארירן, און ס'קען זיין ער וועט ערשט צאלן א יאר ארום, אדער וועט ער מיר טון אנדערע טובות אנשטאט דעם; דאן פארלירט מען שוין די חשק פון די גאנצע זאך.


איך זוך נישט צו זאגן משלים און תורות, איך וויל ארויסברענגען מיינע ספיקות און שוועריקייטן. אין אנהויב ווען איך האב געשפירט אז איך דארף נאר עפענען די מויל און די ישועה איז שוין אויפ'ן וועג, האב איך עס געטון מיט גרויס חשק, אבער אז איך זע אז ס'איז נישט אזוי פשוט, פארליר איך די חשק און געשמאק אין דעם.


איך רעד נאך ווייטער צום אייבערשטן, ווי אזוי קען איך אבער זיך צוריק אנצינדען די ארגיניעלע חשק וואס איך האב געהאט אין דעם ווען כ'האב אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעט אסאך דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו האבן אמונה, ווייל ווען מען האט א שטארקע אמונה הייבט מען אן שפירן 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, אין מיר און נעבן מיר'; דעמאלט רעדט זיך פון זיך אליינס צום אייבערשטן, מען שפירט נישט ווי מען שלעפט ציגל, דעמאלט איז דער משל נישט דומה צום נמשל.


רעדן צום אייבערשטן איז נישט קיין שווערע עבודה, רעדן צום אייבערשטן ווערט אזוי ווי אטעמען; אזוי ווי קיינער ערווארט נישט ער זאל באקומען א ישועה ווען ער אטעמט, מען ערווארט נישט צו באקומען עפעס ביים אטעמען, יעדע אטעם איז א חלק פון לעבן; אזוי אויך ווערט דאס רעדן צום אייבערשטן א חלק פון לעבן, מען וויל שוין גארנישט, מען וויל נאר זיין דבוק צום אייבערשטן, מען וויל זיין צוגעקלעבט צו אים.


מוהרא"ש זאגט, מען זעט אז א מענטש קען רעדן צו זיין חבר לאנגע שעות פון כל מיני זאכן, על דא ועל הא, און ווען עס קומט צו רעדן צום אייבערשטן קען ער נישט עפענען זיין מויל ארויס צו זאגן אפילו איין ווארט; דאס קומט פון חסרון אמונה, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן און מען זעט אים נישט, מען שפירט ווי 'קיינער הערט מיר נישט אויס' - דאס מאכט עס זאל זיין שווער צו רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם, 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ', וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה, וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוויסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט און ער הערט אויס יעדעס ווארט וואס ער בעט, וואלט דער מענטש געדאווענט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס, אבער אז מען האט נישט קיין שטארקע אמונה, ווער רעדט נאך ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - דעמאלט הייבט ער אן האבן קשיות און ספיקות, מען הייבט אן טראכטן 'דער אייבערשטער וויל נישט צו הערן מיינע תפילות', אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל אָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה לָאָדָם", די עבירות וואס א מענטש טוט - ברענגען אריין אין אים שלעכטע מחשבות פון כפירה אינעם אייבערשטן, אזוי ווי דער נביא זאגט (ישעיה נט, ב): "כִּי אִם עֲוֹנֹתֵיכֶם הָיוּ מַבְדִּלִים בֵּינֵכֶם לְבֵין אֱלֹקֵיכֶם, וְחַטֹּאותֵיכֶם הִסְתִּירוּ פָנִים מִכֶּם מִשְּׁמוֹעַ", אייערע עבירות טיילן אפ צווישן אייך אינעם באשעפער; דאס מאכט עס זאל זיך שפירן ווי דער אייבערשטער איז נישט מיט'ן מענטש.


די עצה איז מען זאל בעטן אויף דעם; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן אמונה, זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, העלף מיר, איך וויל האבן א שטארקע אמונה, איך וויל גלייבן אין דיר, איך וויל דיר שפירן, איך וויל שטענדיג געדענקען פון דיר. הייליגער באשעפער, איך ווייס נישט פארוואס מיט מענטשן קען איך רעדן, איך געב אוועק אזויפיל שעה צו רעדן און שמועסן מיט מענטשן און ווען עס קומט צו רעדן צו דיר - גייט מיר דאס אזוי שווער, פארוואס קען איך נישט רעדן צו דיר? איך וויל שפירן ווי דו ביסט דא מיט מיר, איך וויל דיר זען, איך וויל האבן א שטארקע אמונה אין דיר".


די ווערטער זאלסטו בעטן אן א שיעור מאל ביז דו וועסט אנהייבן שפירן ווי דער אייבערשטער שטייט נעבן דיר און הערט דיר אויס, דעמאלט וועסטו מער נישט שפירן ווי דו שלעפסט שווערע ציגל וכו', דו וועסט שפירן א זיסע און געשמאקע טעם אין דיין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#90 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס האט גרויסע פחדים?
חינוך הילדים, אמונה, פחדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע עצות און שכל וואס איר געבט פאר מיר, פאר מיין ווייב, פאר מיינע קינדער, און פאר וועם נישט. איך בין ברוך ה' א מלמד, און איך שעפ מיין חכמה פון אייערע בריוון, גליונות שיעורים, חיזוק יומי, און אזוי ווייטער.


מיין שאלה איז אזוי, איך האב א קינד אין מיין קלאס וואס איז א שרעקליכער פחדן, איך האב קיינמאל נישט געהערט איינעם אדרעסירן דעם פראבלעם, אבער היות איך הער אויס יעדע שיעור, בין איך אנגעקומען צו א שיעור ווי דער ראש ישיבה רעדט איבער די מלמדים אין קרית ברסלב ווי זיי געבן אכטונג אויף די כבוד פון די קינדער און אויף זייערע געפילן, הער איך דארט ווי דער ראש ישיבה דערציילט פון א קינד וואס איז אריין אין א פחד אז דער מלמד אדער באס דרייוער גייט אים איבערלאזן, און דער ראש ישיבה רעדט דארט ארום ווי אזוי מען אכטונג אויף דעם קינד, דער מלמד מאכט עס מיט חכמה נישט איבערצולאזן דאס קינד קיינמאל אליין.


איך וויל וויסן אויב דאס איז אן הנהגה אזוי זיך צו פירן מיט א קינד וואס האט פחדים, ווייל איך טראכט אז מען קען דאך נישט באגלייטן דאס קינד זיין גאנץ לעבן, ווי אזוי לערנט מען אויס אזא קינד זיך צו ספראווען מיט די פחד? איז דאס טאקע די לעזונג אז דער מלמד זאל מיטנעמען דאס קינד מיט זיך איבעראל וואו ער גייט? דאס קינד וועט דאך אזוי זיך נישט אויסלערנען צו לעבן נארמאל?


איך פרעג ווייל איך האב יעצט אזא קינד אין מיין קלאס וואס האט שרעקליכע פחדים, איך הייב אים אויף, און איך רעד אסאך מיט אים אז ער זאל רעדן צום אייבערשטן, אבער דער חלק אז ביזדערווייל באגלייט מען דאס קינד כסדר, כאפ איך נישט געהעריג. איך וועל זיך פרייען צו האבן א קלארע מהלך אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לייג אריין אין די קינדער, דיינע תלמידים – אמונה, רעד אסאך פון אייבערשטן, ווי מער דו וועסט רעדן דיבורי אמונה - אלץ מער וועלן זיי נישט מורא האבן, ווייל אמונה נעמט אוועק אלע פחדים.


בנוגע דיין תלמיד וואס האט שטארקע פחדים; אז דו וועסט אכטונג געבן אויף אים און דו וועסט רעדן צו אים פון אייבערשטן - וועט ער ווערן א געזונט קינד.


אז דו רעדסט פון די מעשה וואס מיר האבן געהאט אין חדר אין קרית ברסלב ליבערטי, וועל איך דיר דערציילן די סוף פון די מעשה.


פאר לאנגע חדשים האט דער קינד נישט געהאט קיין מנוחה, ער פלעגט זיך ווארפן פאר שרעק, עס איז אריין אין אים א פחד נאכדעם וואס א באס דרייווער האט געוואלט מאכן סדר צווישן די לעבעדיגע קינדער וואס טאנצן און שפרינגען אויפ'ן באס אויפ'ן וועג אהיים, ער האט געזאגט פאר די קינדער: "ווער עס גייט נישט פאלגן וועט נישט קענען מיט קומען אויפ'ן באס, ער וועט בלייבן אליין אין חדר!" דער קינד האט דאס אנגענומען זייער ערנסט, עס איז אריין אין אים א פחד אז מען גייט אים איבערלאזן אין חדר, ער האט מער נישט געוואלט קומען אין חדר; גאנצע טעג איז ער געבליבן אין שטוב און ווען זיינע עלטערן האבן אים געהייסן גיין איז ער געגאנגען מיט וויינען און שרעק.


אין חדר האט ער זיך נישט אוועק גערירט פון זיין מלמד; דער מלמד איז אן ערליכער, א פארשטענדליכער, פלעגט ער אים מיט נעמען מיט זיך, ער האט זייער אכטונג געגעבן אויפ'ן קינד. ווען דער מלמד איז געגאנגען אין אפיס - איז ער מיט געגאנגען, ווען ער איז געגאנגען רעדן אויפ'ן טעלעפאן - איז ער מיט געגאנגען. די קינדער פון כתה האבן אים מקנא געווען, ער פלעגט זאגן פאר זיינע עלטערן 'די קינדער זענען מיר מקנא, זיי מיינען אז איך גיי מיט די רבי ווייל איך בין א מיוחס, זיי ווייסן נישט וואס פאר א יסורים איך האב'.


ער פלעגט אהיים גיין א שעה פריער ווייל די לעצטע שעה פלעגט ער זיך ממש ווארפן פאר שרעק אז אפשר גייט מען אים איבערלאזן. ער האט נישט געוואלט גיין זונטאג און פרייטאג אין חדר, ווייל דעמאלט האט ער נישט קיין וועג אהיים פריער.


עס איז נישט שייך אראפ צו שרייבן וואס ער איז אריבער די פאר חדשים; די עלטערן האבן נישט געהאט קיין מנוחה, זיי האבן נישט געוויסט וואס צו טון, זיי האבן פארגאסן אסאך טרערן צום אייבערשטן, איך האב אסאך געבעטן פאר'ן קינד און דער מלמד האט אסאך מתפלל געווען פאר'ן קינד.


דער סוף פון די מעשה איז, איך בין געווען אין שטעטל קרית ברסלב דעם יום טוב שבועות; דערציילט מיר דער טאטע פונעם קינד אז זיין זון זאגט אים ער ווייסט נישט פארוואס ער האט אזוי מורא געהאט, ער קען נישט פארשטיין וואס איז דא מורא צו האבן...


אזוי אויך דערציילט מיר דער טאטע, אז זיין קינד האט נישט געוואלט גיין אין שול ווייל אויפ'ן וועג זענען דא הינט וואס בילן, דער קינד פלעגט האבן שרעקליכע פחדים פון די הינט. די עלטערן האבן אלץ גערעדט פון אמונה אז קיינער קען גארנישט טון, נאר דער אייבערשטער; די הינט בילן - אבער קענען גארנישט טון, דער אייבערשטער היט אונז, אז מען בעט דעם אייבערשטן פאסירט גארנישט; ביז דער קינד האט שוין נישט מורא, ער גייט אין שול אן קיין שום פחד, דאס איז די איינציגטסע עצה אוועק צו נעמען שרעק, רעדן פון אמונה.


מען דארף האבן מלמדים און טיטשערס וואס האבן אמונה, ווייל מען קען נישט לערנען אמונה מיט תלמידים נאר אז מען האט אליינס א שטארקע אמונה; אז דער מלמד אליינס קווענקלט און איז נישט זיכער מיט אמונה, ער אליינס פאר זיך האט פחדים, ער נעמט פילן פאר פחדים - ווי אזוי קען ער העלפן זיינע תלמידים?


וואויל איז דער וואס איז מקורב צום רבי'ן, דער האט א קלארע אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#89 - לערנען ענגליש איז א סתירה מיט'ן רבינ'ס תמימות ופשיטות?
חינוך הילדים, אמונה, חכמות, תמימות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אויסדרוקן מיין דאנקבארקייט פאר אייער איבערגעגעבנקייט אויפצואוועקן מענטשן צו דינען דעם אייבערשטן מיט'ן רבינ'ס עצות.


איך ארבעט אלס אן ענגליש טיטשער אין א חסידישע חדר, איך בין א בעל תשובה איז מיר עס א גרינגע ארבעט, איך דארף נישט אריינלייגן צופיל כוחות זיך צוצוגרייטן, און איך פרובירט אלץ אריינצולייגן אין יעדע געלעגנהייט דיבורים פון אמונה, תכלית, און השגחה פרטית.


לעצטנס האב איך אנגעהויבן טראכטן אז למעשה לערן איך מיט די קינדער די אלע וועלטליכע זאכן און חכמות, און דער רבי רעדט דאך אזוי סאך פון תמימות ופשיטות, איז דאס נישט קיין סתירה מיט דעם וואס איך לערן חכמות מיט די קינדער? איז עס אויסגעהאלטן לויט'ן רבינ'ס לימודים צו זיין אן ענגליש טיטשער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז בכלל נישט קיין סתירה, דער רבי זאגט בפירוש (שיחות הר"ן, סימן נב): "מִכָּל הַדְּבָרִים צוֹעֵק כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", פון יעדע זאך קען מען זען דעם אייבערשטן, "כִּי מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער איז אין די גאנצע וועלט, אלעס איז נאר ער, אלעס איז א לבוש פון אין סוף ברוך הוא, אלעס וואס מיר זעען; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז ער אליינס.


זיי ממשיך מיט דיין ארבעט, זוך ווי דו קענסט אריינלייגן אין די לימודים די ריינע אמונה. לייג אריין אין קינדער די ריינע אמונה אז דער אייבערשטער האט באשפאן די וועלט, ער פירט אלעס און טוט אלעס, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס, מען דארף נישט מורא האבן פון קיינעם ווייל קיינער קען גארנישט טון, מען זאל נישט חנפה'נען קיינעם ווייל קיינער קען נישט געבן דעם מענטש, נאר דעם אייבערשטן דארף מען דינען.


וואויל איז דעם וואס לערנט מיט קינדער אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - ווי אזוי פארשטייט מען דעם מהות פונעם חלל הפנוי דורך א ניגון?
אמונה, קשיות, ניגונים, פירושים, קבלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע געוואלדיגע שיעורים, וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן איבער די תורה אין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ס"ד, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מסביר זיין וואס די כוונה פונעם הייליגן רבי'ן איז אין די תורה. מיינט דאס צו זאגן אז דורך א ניגון קען א מענטש משיג זיין און פארשטיין זאכן וואס ער פארשטייט נאכנישט יעצט, צום ביישפיל די מהות פונעם חלל הפנוי? און וואס איז למעשה די תועלת פון א ניגון, איז דער תועלת צו קענען משיג זיין זאכן וואס זענען העכער פון אונזער פארשטאנד? און וואס קען מען ארויסנעמען פון די תורה אויף למעשה, פאר'ן טאג טעגליכן לעבן פון א פשוטער מענטש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סד): "וְדַע, שֶׁעַל יְדֵי הַנִּגּוּן שֶׁל הַצַּדִּיק, הוּא מַעֲלֶה אֶת הַנְּשָׁמוֹת מִן הָאֶפִּיקוֹרְסִית הַזֹּאת שֶׁל הֶחָלָל הַפָּנוּי שֶׁנָּפְלוּ לְשָׁם", וויסן זאלסטו אז דורך די ניגון פונעם צדיק קומען אלע צוריק צום אייבערשטן, אלע וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן מיט אפיקורסות, זיי האבן קשיות אויף די אמונה - די אלע, ווען זיי הערן די ניגון פונעם צדיק - קומען זיי צוריק.


דער ניגון איז די ווערטער וואס מוהרא"ש האט מחבר געווען טאקע אויף די תורה וואו דער רבי זאגט אז דער אייבערשטער איז: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין", אלעס איז דער אייבערשטער, ער איז אין אלעס און ארום אלצדינג; דעמאלט הייבט זיך אן די קשיא 'ווי אזוי קען זיין א חלל הפנוי?' ווייל אויב דער חלל הפנוי איז אויך אייבערשטער איז דאס דאך נישט קיין חלל הפנוי?! און אזוי איז טאקע; אפילו אינעם חלל הפנוי איז אויך אייבערשטער, נאר מיר קליינע מענטשעלעך קענען דאס נישט פארשטיין, דער חלל הפנוי איז ביי אונז אין מח, דערפאר דארפן מיר אסאך זינגען דעם ניגון פונעם צדיק, וואס דער ניגון וועט מען זינגען ווען משיח וועט קומען; "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין", דער אייבערשטער איז איבעראל, "וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין", דער אייבערשטער נעמט אלעס ארום, "אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל", נישטא קיין שום מציאות אנעם אייבערשטן, "וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", אין יעדע ריר איז דארט באהאלטן דער אייבערשטער; ווייל דער ניגון איז כולל אלע ניגונים, "כָל הַזְּמִירוֹת וְהַנִּגּוּנִים שֶׁל כָּל הַחָכְמוֹת נִמְשָׁכִין מִזֶּה הַזֶּמֶר וְהַנִּגּוּן", אלע ניגונים און אלע געזאנגען קומען ארויס פון דעם ניגון, "שֶׁהוּא לְמַעְלָה מִכָּל הַזְּמִירוֹת וְהַנִּגּוּנִים שֶׁל כָּל הַחָכְמוֹת", ווייל דער ניגון איז העכער פון אלע ניגונים, "כִּי הוּא הַזֶּמֶר הַשַּׁיָּךְ לְהָאֱמוּנָה בְּהָאוֹר אֵין סוֹף עַצְמוֹ, שֶׁהוּא לְמַעְלָה מִן הַכֹּל", ווייל דער ניגון איז אן אמונה ניגון, א ניגון פונעם אייבערשטן אליינס.


קומט אויס פארקערט ווי דו פרעגסט, דער רבי וויל נישט מען זאל זינגען ניגונים צו פארשטיין זאכן וואס מען קען נישט פארשטיין, צו פארשטיין דעם חלל הפנוי, מען דארף נישט פארשטיין דעם חלל הפנוי; דאס קען מען נישט פארשטיין, ווייל בעצם איז דער אייבערשטער איבעראל, עס איז נישטא קיין פלאץ וואו דער אייבערשטער איז נישטא; איי ווי קען זיין דער חלל הפנוי, וואס איז לויטן גר"א בפשטות? אבער די הייליגע צדיקים האבן אונז מגלה געווען דאס וואס דער רבי לערנט אונז אין די תורה, אז דער חלל הפנוי איז ביי אונז אין קאפ וכו'.


אודאי איז דער תורה אויף למעשה, דער תורה ברענגט אמונה; ווי מער מען חזר'ט די תורה אלץ מער ווערט קלאר די אמונה אז אלעס איז דער אייבערשטער, אלץ מער ווערט קלאר אז אידישע קינדער היפן איבער די אלע חקירות און שאלות. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "וְעַל כֵּן יִשְׂרָאֵל נִקְרָאִים עִבְרִיִּים", פארוואס ווערן די אידישע קינדער אנגערופן מיט'ן נאמען 'עבריים'? "שֶׁעַל יְדֵי אֱמוּנָתָם שֶׁמַּאֲמִינִים שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֱלֹקֵי הָעִבְרִיִּים כַּנַּ"ל, הֵם עוֹבְרִים עַל כָּל הַחָכְמוֹת וְעַל מַה שֶּׁאֵינָם חָכְמוֹת", ווייל אידישע קינדער האבן א שטארקע אמונה, וואס מיט די אמונה גייען זיי אריבער אלע חכמות און אלע קשיות, זאכן וואס מיר קענען נישט פארשטיין; 'עבריים' איז טייטש 'איבערגיין', מען קוקט נישט אויף די חכמות, נאר מיר בלייבן מיט אמונה.


געוואוין זיך צו, נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א פלאץ וואו קיינער איז נישטא, דארט זוך דיר א חלל הפנוי, דארט זאלסטו וויינען צום אייבערשטן אויף דיין שפראך. בעט אים אין דיין שפראך ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר מקרב זיין צו אים, דו זאלסט האבן א ריינע אמונה, זאלסט זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן, זאלסט נישט האבן קיין שום קשיות אויף די אמונה, זאלסט גלייבן אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז אלעס; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז ער; וועסטו זוכה זיין אז עס וועט שיינען אויף דיר די אור אין סוף ברוך הוא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#87 - ווי אזוי ווערט מען פטור פון כסדר'דיגע שרעק?
חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, אמונה, פחדים, לחץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך מחי' מיט די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן ליין, צומאל קומט אויך אן צו מיר די בלעטער פון חיזוק, וואס איז מיר זייער מחזק, יישר כח.


איך האב א פראבלעם אז איך לעב אלעמאל אונטער א מורא'דיגע פרעשור און לחץ, איך פיל ווי עפעס שרעקליך קומט. כאטש וואס איך בין ברוך ה' נישט ממש פארנומען דערמיט א גאנצן טאג, אבער עס ליגט אונטער מיין באוואוסטזיין פאר ממש 24 שעה א טאג, אזוי ווי איך שפיר אז א חלק פון מיין מח איז פארנומען מיט די געדאנק אז עפעס שרעקליך קומט, עס ווערט עק וועלט, אפשר יעצט גייט געשען עפעס געפערליך, אפשר פאסירט עס שוין, איך בין אייביג אזוי ווי אויף הויך אלערט, עס נעמט מיר אוועק מיין מנוחה.


ווי אזוי ווער איך פטור דערפון? איך קען זיך געבן א וועק אויף אינדערפרי מיט שרעק, עס געשעט שוין, עס קומט שוין די שרעקליכע זאך, וואס איך ווייס אליינס נישט וואס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די בעסטע עצה פטור צו ווערן פון פחדים און לחצים איז זיך איבערגעבן צום אייבערשטן; גלייך אינדערפרי ווען מען שטייט אויף זאל מען זיך איבערגעבן צו אים.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי וְשֶׁל בָּנַי וְהַתְּלוּיִים בִּי עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר זיך אז יעדן אינדערפרי ווען איך שטיי אויף געב איך זיך איבער צום אייבערשטן, איך געב איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פאר'ן אייבערשטן, "גַּם אֲזַי אֵין צָרִיךְ לִדְאֹג וְלַחְשֹׁב כְּלָל 'אִם מִתְנַהֵג כָּרָאוּי אִם לָאו', מֵאַחַר שֶׁסּוֹמֵךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ. וְאִם הוּא יִתְבָּרַךְ רוֹצֶה בְּעִנְיָן אַחֵר - הוּא מְרֻצֶּה לְהִתְנַהֵג בְּעִנְיָן אַחֵר כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", עס איז זייער גוט זיך איבערגעבן צום אייבערשטן גלייך אינדערפרי, 'אזוי דארף איך נישט טראכטן נאכדעם צי איך האב גוט געטון און אפשר וואלט איך געדארפט טון פארקערט, ווייל אז איך האב זיך איבער געגעבן צום אייבערשטן איז אלעס זיכער גוט'.


אלע שרעק, דרוק און דמיונות וכו' וכו' גייען אוועק ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן. פארוואס זאלט איר לעבן אין שרעק? פארוואס זאלט איר נישט הנאה האבן פונעם לעבן? פארוואס זיך פייניגן אומזיסט? נעמט דעם הייליגן רבינ'ס עצה וועט איר לעבן א זיסע רואיגע לעבן, מיט'ן רבינ'ס עצות איז דער לעבן אסאך גרינגער; פרובירט עס אויס, הייבט אן דעם טאג מיט תפילה, בעטס דעם אייבערשטן אינדערפרי אז דער טאג זאל זיין מיט הצלחה, אז מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן - איז אלעס גרינגער.


גלייך אינדערפרי ווען איר זאגט "מודה אני", לייגט צו א קליינע תפילה אויף אייער אייגענע שפראך, זאגט: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ גֶעבּ דִיר אִיבֶּער מַיין גַאנְצֶע טָאג אוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ דַארְף עֶרְלֶעדִיגְן; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע טָאג, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין שְׁרֶעק, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג גֶעדֶענְקֶען אַז דוּ בִּיסְט מִיט מִיר אוּן עֶס קֶען גָארְנִישְׁט פַּאסִירְן צוּ מִיר; אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן אַ רוּאִיגֶע טָאג, מַיינֶע מַחֲשָׁבוֹת זָאלְן מִיךְ נִישְׁט פַּיינִיגְן".


אזוי זאלט איר בעטן וועט איר זען ווי עס וועט אוועק גיין אלע פחדים.

#86 - פארוואס רעדט מען אין ברסלב מיט אזא ברייטקייט איבער'ן צדיק?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, אמונה, צדיקים, קשיות, תכלית, בלבולים, אמונת חכמים, חסד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין א ברסלב'ע שטוב, אבער ס'איז דא אסאך זאכן אין ברסלב וואס שטערט מיר זייער שטארק, בפרט דער ענין ווי אזוי מ'רעדט פונעם צדיק מיט אזא ברייטקייט. צום ערשט האב איך זיך געוואלט בארואיגן אז ס'איז נאר די וועג ווי אזוי ברסלב'ע חסידים רעדן, אבער אין די ספרים זעט מען אויך די זעלבע, למשל די לשונות, "דער עיקר איז זיך מקשר צו זיין צום צדיק", "אלעס ווערט געטון דורכ'ן צדיק האמת", דאס שטערט מיר זייער.


אויך הער איך אסאך פון אנדערע חסידות'ן ווי אזוי מ'מאכט אוועק ברסלב, "ס'איז נישט אונזער דרך", "יעדער דארף גיין לויט זיין שורש נשמה", "פארוואס זענען די פריערדיגע צדיקים נישט געגאנגען אויף דעם דרך", "דער רבי איז טאקע יא גוט, אבער רבי נתן האט פארדרייט", און דאס מאכט מיר פילע בלבולים.


אויך שטערט מיר די מעשה ווי אזוי רבי נתן איז מקורב געווארן, ווען די חסידים האבן אים געשיקט קויפן בייגעלעך און ער איז געווארן זייער דערביטערט אויפ'ן וועג וכו'. פארוואס האט אים אזוי געשטערט צו גיין קויפן די בייגעלעך, ביי חסידישע אידן ווייסט מען דאך אז מיט איין טריט פאר יענעם שפארט מען זיך טויזנט טריט פאר זיך. בכלל מיין איך אז אין ברסלב רעדט מען נישט אזויפיל פון חסד און מדות טובות ווי ביי אנדערע חסידות'ן.


בקיצור, איך בין פול מיט בלבולים איבער ברסלב, און איך ווייס נישט וואס דער ריכטיגער וועג איז. דער עיקר האב איך מורא אז ווען איך וועל אויפקומען אויף יענע וועלט וועל איך אפשר געוואויר ווערן אז דער ברסלב'ער דרך איז בכלל נישט עפעס ספעציעל, און איך האב נישט געדארפט ליידן אזויפיל דערפאר.


איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אביסל אויסקלארן דעם קאפ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט זייער א וויכטיגע שאלה, אסאך האבן די שאלה; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר דאס געבן צו פארשטיין.


דאס ווייסטו אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט נאר פאר איין סיבה, מיר זאלן וויסן אז עס איז דא א באשעפער. אלעס וואס ער האט באשאפן אויף די וועלט איז נאר פאר די איין סיבה - מיר זאלן מכיר זיין דעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (בא מב.): "בְּגִין דְּאִשְׁתְּמוֹדָעוּן לֵיהּ", - מיר זאלן וויסן פון אים; מיר זאלן וויסן אז אלעס וואס עס איז דא אויף די וועלט - איז ער אליינס, נישטא קיין שום זאך וואס גייט פון זיך אליין, קומט פון זיך אליין, נאר אלעס אלעס איז דער אייבערשטער.


דעריבער דארף מען לעבן מיט דעם, מען דארף זוכן ארויסצונעמען פון יעדע זאך דעם אייבערשטן. דער רבי הייבט אן דעם ספר ליקוטי מוהר"ן (חלק א, סימן א): "כִּי אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי צָרִיךְ תָּמִיד לְהִסְתַּכֵּל בְּהַשֵּׂכֶל שֶׁל כָּל דָּבָר", א איד דארף שטענדיג זוכן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך, אין יעדע זאך וואס מען זעט דארף מען זען דעם אייבערשטן און אין יעדע זאך וואס מען הערט דארף מען הערן דעם אייבערשטן, ווייל אין יעדע זאך וואס מען זעט און הערט - ליגט באהאלטן דער אייבערשטער; און דאס איז די מדריגה פון די גרויסע צדיקים, זיי זוכן שטענדיג דעם אייבערשטן, פון יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף זיי הערן זיי און זעען זיי נאר אלוקית, אזוי ווי עס שטייט (משלי ד, יח): "וְאֹרַח צַדִּיקִים", די וועג פון די הייליגע צדיקים, "כְּאוֹר נֹגַהּ", איז ווי א שטארקע ליכט, "הוֹלֵךְ וָאוֹר עַד נְכוֹן הַיּוֹם", עס איז אזוי ווי א ליכטיגקייט וואס שיינט אלץ שטערקער און שטערקער, עס איז זיי אזוי ליכטיג אזוי ווי די זון וואס שיינט; די אמונה איז ביי זיי אזוי קלאר אזוי ווי די שטערקסטע ליכט.


די הייליגע צדיקים - זיי זעען נאר אייבערשטער און זיי הערן נאר אייבערשטער; אפילו פון די נייעס וואס טוט זיך אין די וועלט הערן זיי נאר אלוקית. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נב): "מִכָּל הַדְּבָרִים צוֹעֵק כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, כִּי מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ", פון יעדע זאך שרייט ארויס דער אייבערשטער, ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל, "וַאֲפִילּוּ מִסִּפּוּרֵי הַגּוֹיִים", אפילו פון די וועלטליכע נייעס, נייעס פון די אומות העולם, "צוֹעֵק גַּם כֵּן כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", - הערט מען אויך ארויס דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים צו, ג): "סַפְּרוּ בַגּוֹיִם כְּבוֹדוֹ", פון די נייעס ביי די פעלקער - קומט ארויס כבוד פאר'ן אייבערשטן; ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל באהאלטן, ער וויל מיר זאלן אים זוכן און געפונען.


יעצט וועסטו שוין פארשטיין פארוואס דער רבי רעדט אזויפיל פון קומען צו א צדיק, פון זיין צוגעבינדן צום צדיק; ווייל צו קענען צוקומען צו לעבן מיט'ן אייבערשטן דארף מען האבן איינער וואס זאל דאס אריינברענגען אין אונז, מיר אליינס זענען זייער ווייט פון דעם, מיר דארפן רחמי שמים צו זיין פשוט'ע אידן, ווי קענען מיר בכלל אנקומען צו אזא שכל - צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, גיין מיט'ן אייבערשטן, ארויסנעמען פון יעדע זאך דעם אייבערשטן? נאר דורך התקרבות להצדיק.


אן א צדיק איז נישט שייך צוצוקומען צו די מדריגה, בפרט דער וואס פאלט אראפ אין עבירות רחמנא לצלן; ווער רעדט נאך איינער וואס ליגט אין תאות ניאוף השם ישמרינו, ווי קען מען צוקומען צו זיין בטל צום אייבערשטן? ווי קען אריינגיין אין א פארגרעבטע קאפ - איידלקייט און לויטערקייט? ער טראכט דאך נאר עבירות, ער זעט נאר עבירות, ווי קען אזא איינער צוקומען צו וויסן פונעם אייבערשטן? נאר דורך א צדיק; דער צדיק איז אזוי גרויס און אזוי הייליג און ער לאזט זיך אראפ צו אונז פשוט'ע מענטשן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל), דער צדיק קען נעמען די גרעסטע השגות און דאס געבן צו פארשטיין פאר אונז וואס מיר זענען א בחינה פון שכל קטן, ער ברענגט אריין אין די נידריגסטע מענטשן די גרויסע שכל, אז אלע זאלן שפירן דעם אייבערשטן.


אן א צדיק קענען מיר נישט צוקומען צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, אן א צדיק זענען מיר וואס מיר זענען; מיר ליגן וואו מיר ליגן, אין אונזערע נארישקייטן; יעדער איינער אין זיינע נפילות, אין זיינע פארגרעבטקייטן. דער צדיק האט רחמנות, ער איז זיך מוסר נפש פאר אונז אז מיר זאלן אויך האבן א געפיל אין תורה און מצוות, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ז) דער צדיק איז דער גרעסטער רחמן, ער האט אמת'ע רחמנות; ער נעמט מענטשן וואס זענען ווייט פונעם אייבערשטן און ברענגט זיי נאנט צום אייבערשטן.


דערפאר האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצט): "אִי אֶפְשַׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת כִּי אִם כְּשֶׁמִתְקַרְבִין לְהַצַּדִּיק הָאֱמֶת שֶׁבַּדּוֹר", מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר אז מען איז מקורב צום צדיק הדור, ווייל דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט - "זֶּה לְעוּמַת זֶּה, עָשָׂה הָאֱלֹקִים", אנטקעגן קדושה איז דא טומאה, אנטקעגן די אור אין סוף ברוך הוא, די גרויסע ליכטיגקייט וואס שיינט פונעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט - איז דא דער סמ"ך מ"ם אליינס וואס פארשטעלט אלעס און באהאלט אלצדינג דורך שלעכטע מידות און עקלדיגע תאוות; תאות ניאוף, תאות ממון, תאות אכילה ושתיה, תאות הכבוד והשררה און תאות הנצחון וכו', די אלע תאוות רעות פארשטעלט דעם אייבערשטן; דעריבער דארף מען האבן א צדיק וואס ער האט זיך אזוי אויסגעארבעט אז ער האט זוכה געווען צו ווערן איינס מיט'ן אייבערשטן, אינגאנצן נכלל ווערן אינעם אין סוף ברוך הוא; דורך אים וועלן מיר אויך זוכה זיין צוצוקומען צו די מדריגות.


דער צדיק האט א כח, ער קען נעמען מענטשן וואס זענען גאר ווייט פון די קדושה, מענטשן וואס ליגן אין שאול תחתית - און זיי מקרב זיין צום אייבערשטן אליין. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי ובהשמטות): "כַּמָּה צֶלֶם אֱלֹקִים הָיוּ מֻנָּחִים בָּרֶפֶשׁ, שֶׁאֲנִי הוֹצֵאתִים מֵהָרֶפֶשׁ וְהַטִּיט שֶׁהָיוּ שָׁם", עס זענען דא פון מיינע מענטשן וואס איך האב זיי ארויסגענומען פון בלאטע און האבן היינט א צלם אלוקים, "הֲלֹא יֵשׁ אֶצְלִי אֲנָשִׁים שֶׁאֵינִי יוֹדֵעַ אִם הַשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת הָיָה דַּי לָהֶם", איך האב דא פון מיינע מענטשן וואס איך ווייס נישט אויב דער שאול תחתית וואלט גענוג געווען פאר זיי, "כִּי גַּם הַשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת הָיָה קָטָן לִפְנֵיהֶם", דער שאול תחתית איז ווייניג געזאגט, "שֶׁאִם הָיָה אֶפְשָׁר לָהֶם לַחְתֹּר תַּחַת שְׁאוֹל תַּחְתִּית הָיוּ חוֹתְרִים", ווען מען וואלט ווען געקענט אויפגראבן א טיפערע פלאץ פון שאול תחתית - וואלט מען דאס ווען געדארפט טון פאר זיי, "וְעַל יָדִי נִתְקָרְבוּ אֵלָיו יִתְבָּרַךְ בְּהִתְקָרְבוּת כָּזֶה שֶׁאֵין לָהֶם לְהִתְבַּיֵּשׁ מִצַּדִּיקִים גְּדוֹלִים", און דורך מיר זענען זיי צוריק געקומען צום אייבערשטן, זיי האבן זוכה געווען צו ווערן אזעלכע צדיקים אז זיי האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון די גרויסע צדיקים.


איך האף אז עס וועט דיר שוין נישט מבלבל זיין די זאך פארוואס מען רעדט אזויפיל פון 'צדיק', דו וועסט זיך פרייען אז עס איז דא א וועג פאר דיר צוצוקומען צו די גרויסע מדריגות, צוצוקומען צו האבן א שטארקע קלארע לויטערע אמונה אינעם אייבערשטן; וואס נאר דורך אמונת חכמים איז מען זוכה צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא בשלח ו, ז) אויפ'ן פסוק (שמות יד, לא): "וַיַּאֲמִינוּ בַּה' וּבְמשֶׁה עַבְדּוֹ", די אידן האבן זוכה געווען ביי קריעת ים סוף צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן און אין משה רבינו, פרעגן די הייליגע חכמים: "אִם בְּמֹשֶה הֶאֱמִינוּ - בַּה' לֹא כָּל שֶׁכֵּן", אז די אידן האבן געהאט אמונה אין משה רבינו איז דאך זיכער אז זיי האבן געגלייבט אינעם אייבערשטן! "אֶלָּא כָּל הַמַּאֲמִין בְּרוֹעֶה שֶׁל יִשְׂרָאֵל - כְּאִלוּ מַאֲמִין בְּמִי שֶּׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם", נאר די תורה וויל אונז ווייזן ווי אזוי מען איז זוכה צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן, נאר דורך אמונת חכמים, ווייל דורכדעם וואס די אידן האבן געגלייבט אין משה רבינו האבן זיי זוכה געווען צו וַיַּאֲמִינוּ בַּה', עיין שם.


בנוגע די צווייטע בלבול, די מעשה מיט די בייגל; עס שטערט דיר דעם סיפור התקרבות פון רבי נתן וואס האט זיך אפגעשפילט אין די תקופה ווען ער איז געווען מקורב ביים גרויסן צדיק הרב הקדוש רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, איין וואך מוצאי שבת איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרב הקדוש מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל און רבי נתן'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפ'ן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' און ער איז זייער צעבראכן געווארן פון דעם. ער איז אריינגעקראכן אין א פארמאכטע שול דורכ'ן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען צו זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן.


ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל וואס ער איז ארויף א טרעפל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש וואס זאגט אים די ווערטער: "דראפע זיך און האלט זיך, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות", שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים: "דראפע זיך און האלט זיך" - איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי.


עס שטערט דיר די מעשה, עס זעט אויס ווי רבי נתן האט נישט געוואלט טון חסד; חס ושלום צו זאגן אויף דעם הייליגן רבי נתן אז ער האט נישט געוואלט טון חסד, ער איז נישט צעבראכן געווארן פון דעם זאך אז ער דארף גיין קויפן בייגל, עס איז נישט געווען נאך אזא בעל חסד ווי דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה; דער רבי האט געזאגט פאר רבי יצחק, דער טיראוויצער מגיד'ס איידעם (חיי מוהר"ן, סימן שלח): "קוק אן דעם אינגערמאן - רבי נתן - ער איז ביי זיך א שטיק בלאטע".


איינמאל האט דער רבי זייער אויסגערימט רבי נתן פאר אנשי שלומינו, אז רבי נתן איז א שפל ברך און אן עניו; שפעטער האבן אנשי שלומינו געוואלט אויספרובירן אויב דאס איז ריכטיג, זיי האבן אפגעשמועסט אז זיי גייען דאס דערגיין. איינער האט זיך אנגערופן צום צווייטן, הויך אויפ'ן קול, אז רבי נתן זאל הערן: "איך בין זייער הונגעריג, אפשר גייסטו מיר קויפן א בייגל?" האט זיך דער אנדערער אנגערופן: "איך האב נישט יעצט קיין כח, אפשר וועל איך גיין שפעטער". ווען רבי נתן האט דאס געהערט האט ער געזאגט: "געב מיר די געלט, איך וועל דיר גיין קויפן די בייגל", האבן זיי געזען אז עס איז ממש וואס דער רבי זאגט, ער איז גרייט צו גיין ברענגען פאר א צווייטן איד עסן, ער איז ביי זיך גארנישט (פעלת הצדיק, סימן תז).


דאס וואס ער האט אזוי געוויינט צום אייבערשטן בשעת'ן קויפן די בייגל, דאס איז געווען איידער ער איז געווען מקורב צום רבי'ן, ער האט געשפירט ווי עס פעלט אים עפעס אין לעבן; נישט דאס טון חסד האט אים געשטערט, עס האט אים געשטערט עפעס אנדערש, ער האט נישט געקענט נעמען דאס פארברענגען פון חסידים. דער הייליגער קדושת לוי האט אים זייער ליב געהאט, ער האט זיך באנומען צו אים מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן מיט א ליבליכע נאמען "מיין נתן'לע"; אבער וויבאלד רבי נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארומגיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, עס האט אים געפייניגט דאס געוויסן: 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד? ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' - אויף דעם האט ער געוויינט: "רבונו של עולם, איך בין באשאפן געווארן צו קויפן בייגל", ער האט נישט געוויינט אויפ'ן קויפן די בייגל, ער האט געוויינט אויף דעם וואס עס פעלט אים א וועג אין לעבן, ער שפירט א חסרון אין לעבן, עס פעלט אים א טעם אין עבודת השם.


יעצט, אויף דעם וואס דו האסט מורא אז ווען דו וועסט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועסטו זען אז ברסלב איז נישט די וועג וכו'; עס זעט מיר אויס אז דו ביסט געבוירן געווארן אין א שטוב וואס רופט זיך ברסלב אבער איז ווייט פון ברסלב, וואלסטו געוואוסט וואס דער רבי וויל פון אונז - וואלסטו נישט געהאט אזעלכע בלבולים.


וואס וויל דער רבי? דער רבי וויל מיר זאלן לערנען, מיר זאלן דאווענען, מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן און מיר זאלן זיך פרייען מיט די מצוות – אויף דעם האסטו מורא אז מען וועט דיר זאגן דאס איז נישט אמת? איך וויל וויסן, דו האסט אויך מורא אז ווען דו וועסט ארויפקומען אויבן אין הימל וועסטו דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף דיינע טעג און יארן? אדער דאס פאלט דיר ניטאמאל איין, אז עס וועט קומען א טאג וואס מען וועט דארפן ענטפערן דעם שומר הפתח די שרעקעדיגע שאלה (תנא דבי אליהו רבא, א): "עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", הייב אן זאגן, וויפיל חומש האסטו געלערנט? "עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", הייב אן זאגן די משניות וואס דו האסט געלערנט; טראכסט אמאל 'וואס וועל איך ענטפערן אויף די פראגע?' טראכסט אמאל 'וואס וועט זיין מיט די עבירות?'


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה וואס האט זיין גאנץ לעבן געלעבט מיט תכלית, ביי אים איז דאס געווען דער עיקר; ער האט געזאגט: "איך שרייב מיינע ספרים נאר פאר א מענטש וואס טראכט פון תכלית, ער טראכט 'איין טאג וועל איך זיין א גוסס און א נפטר, איך וועל ליגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר'; איינער וואס טראכט נישט אז איין טאג וועט ער שטארבן און ליגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר - איז ביי מיר חשוב אזוי ווי א בהמה, וואס לעבט, עסט און שלאפט און ווייסט נישט וואס דער סוף איז"; דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "אלעס קען איך זיך אויסמאלן, נאר נישט דעם ערשטן ברוך הבא אין קבר, דאס קען איך מיך נישט אויסמאלן, ווען מען וועט מיר אפירנעמען, איך וועל דארפן אפגעבן דין וחשבון - דאס קען איך נישט טראכטן".


וויל איך דיר פרעגן אויב דו טראכסט פון דעם: 'וואס וועט זיין ווען איך וועל אוועקגיין פון די וועלט, מען וועט מיר לייגן מיט די פיס צום טיר', אדער דו האסט נאר איין דאגה, אז אפשר וועסטו אויסגעפונען אויבן אז לערנען און דאווענען און רעדן צום אייבערשטן איז נישט דער אמת? מיר דארפן טראכטן וואס וועט זיין ווען מיר וועלן אוועקגיין פון די וועלט, אפשר זענען מיר פון די צוויי כיתות מענטשן וואס דער רבי רעדט פון זיי, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדריידט צום טיר, און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, וועלן מיר זיך נישט דארפן שעמען - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט.