שאלה אין קורצן ענין
#65 - ביים קבלת פנים פעלט אויס צו נעמען א גראמער?
חתונה, כיבוד אב ואם, חתן, יום החופה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס האט מיר געגעבן אזויפיל חיזוק פאר אלע יארן, ביז ווען איך דערנענטער זיך שוין ברוך ה' צו מיין פרייליכסטע טאג, מיין יום החתונה.


איך האב געוואלט פארשטיין וואס איז די סיבה פון אנטון א קיטל ביי די חופה, מען וויל דערמאנען דעם חתן פונעם יום המיתה, מען וויל צעברעכן דעם חתן אין אזא הייליגע טאג?


ביי די חופה איז דאך אזא גרויסע צייט, מען קען זיך אויסבעטן אזויפיל גוטס פאר'ן גאנצן לעבן, איך ווייס אבער נישט אזוי קען מען אין אפאר מינוט ביי די חופה בעטן אויף אזוי סאך זאכן וואס מען דארף האבן אין לעבן?


ביים קבלת פנים פעלט אויס צו נעמען א גראמער, צו אנווארעמען איבער די געהויבענע מינוטן?


דארף מען איבערבעטן די עלטערן ביום החופה, אויב מען האט זיי נישט וויי געטון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער טעם פארוואס מען טוט אן א ווייסע קיטל פארן חתן, ווייל מען וויל אים דערמאנען צו תשובה טון; ווייל די צייט פון די חופה איז זייער א גרויסע צייט, חתן כלה קענען אויס'פועל'ן מיט זייערע תפילות פאר זייער גאנץ לעבן; דערפאר טוט מען אן דעם חתן א ווייסע קיטל, אים מעורר זיין צו תשובה טון.


יום החופה איז זייער א הייליגע טאג, מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן צדיק דער ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו (קונטרס יום הנישואין, סימן א), יום החופה איז אזא הייליגע טאג, חתן כלה וואלטן געקענט אויסבעטן גרויסע זאכן פאר זיך און פאר אלעמען, נאר א שאד מען האט דאס געגעבן פאר קליינע קינדער; חתן כלה קענען ברענגען די גאולה, און ליידער איז דער שטן געקומען און גענומען די הייליגע טאג פון חתן כלה זיי צו פארמישן מיט נארישקייטן, מיט בילדער און ווידיאוס, געוואלד און געשריגן, אין די מינוטן קענען חתן כלה אויסבעטן אז משיח זאל קומען, ווי קען מען זיי נעמען פאר נארישקייטן, אוועק נעמען זייער הייליגע מינוטן.


אויף די פראגע וועגן א בדחן ביי קבלת פנים; עס איז דא וואס פירן זיך צו נעמען איינער וואס איז מעורר דעם חתן, וואויל איז פאר א חתן וואס דארף נישט איינער זאל אים מעורר זיין, ער איז אליינס אנגעפולט מיט התעוררות לתשובה, און ער איז עוסק אין זאגן תהלים און התבודדות.


אויף די פראגע וועגן איבערבעטן די עלטערן; אודאי און אודאי זאל מען איבערבעטן די עלטערן ביום החופה, מען דארף נישט ווארטן אויף יום החופה מען קען שוין איבערבעטן, און אויך בעטן די עלטערן זאלן שטענדיג מתפלל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#64 - זאל איך ווייטער דרייוון, אז מיינע עלטערן זענען ברוגז?
כיבוד אב ואם, דרייוון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיינע עלטערן זענען זייער ברוגז אויף מיר, זיי זענען זייער אנטוישט, אז איך האב אנגעהויבן דרייוון, און זיי האבן מיר געבעטן איך זאל דאס נישט טון. איך האב באמת נישט געטראכט אז עס גייט זיי אזוי שטארק שטערן.


איך האב אויפגעהערט דרייוון צו מיינע עלטערנ'ס הויז, איך גיי נאר ווען מיין מאן קען מיך נעמען אהין. איך האב געזאגט פאר מיינע עלטערן אז איך וועל פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א אויב איך זאל דרייוון אז עס שטערט זיי אזוי. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז עס שטערט אייערע עלטערן - זאלט איר ענדערש נישט דרייווען; עס לוינט נישט צו טון זאכן פאר די באקוועמליכקייט, ווען די עלטערן האבן צער.


איר וועט אויך וועלן אייערע קינדער זאלן גיין אין אייערע וועגן און אייך ברענגען נחת.


וואויל איז דעם וואס געבט אכטונג אויף די עלטערן זיי זאלן האבן נאר נחת און שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#63 - זאל איך מאכן א גרויסע סיום ביים ענדיגן די פערטע מאל ש"ס?
כיבוד אב ואם, משפחה, סיום, סיום הש"ס, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, צום פערטן מאל.


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך זאל מאכן פאר די סיום? זאל איך מאכן עפעס קליין ביי מיר אינדערהיים, אדער איז יא כדאי צו מאכן עפעס גרעסער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט די הייליגע תורה, דו לערנסט גמרא, און דו האלסט שוין ביי די פערטע מאל ענדיגן גאנץ תלמוד בבלי.


מאך א סיום אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, דאס וועט אריינלייגן אין זיי א חשק צו לערנען תורה. זיי וועלן געדענקען זייער גאנץ לעבן אז לערנען איז גוט, לערנען איז טייער, זיי וועלן אויך לערנען און מאכן סיומים.


אויך קענסטו רופן דיינע עלטערן, דאס וועט זיי צוגעבן געזונט. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן מב): "בָּנִים הַטּוֹבִים, רְפוּאָה גְּדוֹלָה לָאָבוֹת", גוטע קינדער מאכט געזונט די עלטערן; ווען עלטערן זעען די קינדער לערנען און פירן זיך מיט יראת שמים - דאס געבט זיי צו א שטיק געזונט, דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - איז וויכטיג צו מאכן א מצוה טאנץ ביי די חתונה?
שלום בית, חתונה, כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער, מחלוקת, ספרי ברסלב, צדיקים, שלום, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר מיין שידוך, און פאר אלעס גוטס וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געטון, און טוט אלץ פאר מיר.


ש'כח אייבערשטער אז מיין חתונה דערנענטערט זיך שוין, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף. איך האב געוואלט פרעגן בנוגע די "מצוה טאנץ", אזוי ווי ביי מיין שווער פירט מען זיך אז מען מאכט נישט קיין מצוה טאנץ און ביי מיין טאטע איז מצוה טאנץ ממש אן עיקר, וויל איך פרעגן וואס איז דער ענין פון א "מצוה טאנץ", און אויב איך זאל בעטן מיין שווער אז מען זאל יא מאכן א מצוה טאנץ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם ספר יום הנשואין, א הערליכע ספר פאר חתנים, ווי אזוי אויסצוניצן די הייליגע טאג, דעם יום החופה. מוהרא"ש האט זייער שיין אויסגעשטעלט דעם גאנצן טאג, פון אינדערפרי ביז ביינאכט, יעדע פרט הערליך שיין, א וועג ווי זיך צו פירן.


קוק אריין אין אות יז, וואו מוהרא"ש רעדט פון דאס גרויסקייט פון מצוה טאנץ, אז עס איז דא אין דעם העכערע סודות, רזי דרזין, סתרי נסתרות. מוהרא"ש זאגט דארט: "ואסור להקל בזה", מען טאר נישט אפלאכן פון דעם, "והמקל בזה", און דער וואס לאכט אפ פון דעם, "מקילין חייו", לאכט אפ פון זיין לעבן "רחמנא לשיזבן", דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן, "כי כל ענין הרקודין עם הכלה נבנה על סודות עליונים", די גאנצע זאך פון טאנצן מיט די כלה איז געבויט אויף הייליגע העכערע זאכן.


מוהרא"ש זאגט (שם): "והמנהג שהחתן אוחז בידי הכלה", דער מנהג איז אז דער חתן כאפט אן די כלה, "בלי שום הפסק כלל", אן קיין צווישנשייד, "ועל ידי זה נעשה יחוד גמור בכל העולמות מעילא לתתא ומתתא לעילא", עס געשעען גרויסע זאכן אין אלע עולמות.


אודאי זאלסטו בעטן דיין שווער אויב ער קען דיר געבן די טובה דו זאלסט טאנצן מיט די כלה מצוה טאנץ, אויך אויב קענסטו האבן א צדיק ביי דיין חתונה זאל טאנצן לפני הכלה, אויך די עלטערן און די זיידעס זאלן טאנצן לפני הכלה. אז דו וועסט בעטן שיינערהייט, דו וועסט זיי געבן צו פארשטיין אז ביי ערליכע אידן איז דאס א גרויסע זאך - וועלן זיי זיך נישט עקשנ'ען, זיי וועלן עס נאכגעבן.


דער עיקר זאלסטו זיך פארנעמען יעצט ווען דו גייסט חתונה האבן נישט האבן צוטון מיט מחלוקת, עס זאל דיך נישט מבלבל זיין קיין שום זאך פון די מחותנים; ווייל בדרך כלל ביי יעדע חתונה איז דא א געטואכץ צווישן די מחותנים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קל.): "ליכא כתובה דלא רמו בה תיגרא", נישטא קיין חתונה וואס מען קריגט זיך נישט דארט, דער סמ"ך מ"ם לאזט נישט עס זאל זיך בויען א שטוב, ער ברענגט אריין פיינטשאפט צווישן די מחותנים און דאס גייט איבער צו די קינדער, די חתן כלה - ביז זיי אליין הייבן אן זיך פיינט האבן רחמנא לצלן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - וואס זיך פארנעמען, אז מיין ווייב שמירט נישט די נעגל און שערט די האר?
שלום בית, צניעות, כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, סבלנות, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, שערן די האר, נעגל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער אז איך קען דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א די גוטע בשורה אז מיין ווייב האט מיך געזאגט אז זי האט אינגאנצן אויפגעהערט צו שמירן אירע נעגל, און בקרוב גייט זי זיך אפשערן די האר.


ש'כח ראש ישיבה שליט"א פאר די שכל וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז, איך האב נישט גערעדט צו איר פון דעם, ווייל איך האב געזען אז ס'שטערט איר ווען איך רעד פון דעם, איך האב נאר געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן.


איך וויל פרעגן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיך געבן עפעס א גוטע זאך וואס איך קען מקבל זיין אויף מיך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם זיך פאר צו רופן דיינע עלטערן יעדן טאג, כיבוד אב ואם איז אזא גרויסע מצוה און היינטיגע טעג איז דאס אזוי גרינג צו מקיים זיין. מען קען זיצן אין שטוב באקוועם און רופן די עלטערן און זיי אזוי מחי' זיין, און מיט דעם טוט מען דאס נישט.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן פא) אז דער הייליגער רבי פלעגט פארן צו זיינע עלטערן קיין מעזיבוז מפעם לפעם, אפילו ער האט געוואוינט ווייט פון זיי; פון וואו דער רבי האט געוואוינט אין אוסיאטין ביז וואו זיינע עלטערן האבן געוואוינט אין מעזיבוז - איז בערך דריי הונדערט פופציג קילאמעטער, דאס איז בערך צוויי הונדערט מייל, דאך פלעגט דער רבי פארן צו זיי; דעמאלט פארן איז נישט געווען ווי היינט מיט א קאר, מען איז געפארן מיט פערד און וואגן, עס איז געווען יענץ געשעפט, א שווערע ביטערע וועג, איז דאך ממש א פארשעמטע זאך נישט צו רופן די עלטערן יעדן טאג.


ווילסט א גוטע קבלה? נעם זיך פאר די קבלה, רופן דיינע עלטערן יעדן טאג. מוהרא"ש פלעגט יעדן טאג גלייך נאך שחרית רופן זיין טאטע; עס איז נישט קיין תירוץ אז מען האט נישט פון וואס צו רעדן, מען דארף נישט רעדן לאנג; מען פרעגט זיך נאך אויף זיי, מען אינטערעסירט זיך און מען דערציילט פון זיך, פון די משפחה און מען קויפט זיך איין עולם הבא.


געב נאר אכטונג נישט צו רעדן קיין שלעכטס און חס ושלום פון מחלוקת, עלטערן האבן נישט קיין כח צו הערן קרעכצן וכו'; יעצט איז די צייט וואס מען דארף זיי ברענגען נאר נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#60 - בעטן מיין מאמע מיר נישט צו טראגן צו אן אויסגעמישטע שווים באסיין?
צניעות, כיבוד אב ואם, תפילה והתבודדות, שווימען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך בין ניין יאר אלט און מיין מאמע וויל מיך נעמען שווימען אין א פלאץ וואו עס שווימען אויסגעמישט מענער און פרויען. איך וויל וויסן וואס איך זאל טון, זאל איך איר זייער בעטן אז איך וויל נישט גיין? אדער עפעס אנדערש? איך וועל זיך פרייען אז דער ראש ישיבה זאל מיר זאגן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין שאלה.


זאג דיין מאמע מיט גרויס דרך ארץ אז דו ווילסט זי זאל דיך טראגן אין א סווימינג פול (שווים באסיין) וואו מען שווימט מיט צניעות, מיט קדושה וטהרה, נאר מענער באזינדער; דו וועסט שווימען מיט די מענער און זי זאל גיין מיט דיין שוועסטער באזונדער שווימען ביי די פרויען.


כיבוד אם איז זייער א גרויסע מצוה, מען דארף זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט מיט א מאמע, מען דארף רעדן מיט גרויס דרך ארץ, און שיין זאגן אז מען וויל גיין שווימען באזונדער, נישט חס ושלום אויסגעמישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן אלע אידן זאלן תשובה טון, משיח זאל שוין קומען און צוריק ברענגען אלע אידן צו די תורה וועג, זיך פירן הייליג און ריין.


געוואוין זיך צו זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אין דיין שפראך וואס דו רעדסט, שמועס מיט אים יעדע זאך, בעט אים דו זאלסט זוכה זיין צו זיין א צדיק, אפגעהיטן פון אלע שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#59 - ווען מיינע עלטערן קריגן זיך, ווי אזוי דארף איך רעאגירן?
התחזקות, כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, רפואה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די ערשטע זאך וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך וויל בעטן חיזוק, מיין מאמע איז נעבעך קראנק מיט די ביטערע מחלה, און מיין טאטע רייכערט דראגס, זיי קריגן זיך ארום א גאנצן טאג, און עס איז מיר זייער שווער דאס צוצוקוקן. זיי כאפן נישט ווי ווייט עס שאדט פאר מיר, ווייל איך ווייז עס נישט ארויס, אבער זייער אסאך מאל ביינאכט וויין איך אין בעט, עס איז מיר זייער שווער. אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה וואס צו טון און ווי אזוי צו רעאגירן אין אזא צייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טייערער ליבער הארציגער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך. בעט דעם אייבערשטן אז דיין מאמע זאל זיין געזונט, תפילה איז שטערקער פון טבע, אפילו עס איז שוין נאכן גזירה - קען מען מיט תפילה אויס'פועל'ן א רפואה.


ביים רבי'ן האט פאסירט א מעשה, אמאל איז געקומען רבי שמעון דעם רבינ'ס תלמיד - צום רבי'ן, ער האט געוויינט צום רבי'ן: "מיין קינד איז קראנק, דער רבי זאל אנוואונטשן דאס קינד זאל זיין געזונט און שטארק"; דער רבי האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט. רבי שמעון האט פרובירט בעטן נאכאמאל: "דער רבי זאל וואונטשן אז דאס קינד זאל האבן א רפואה שלימה", אבער דער רבי האט זיך ווייטער נישט וויסנדיג געמאכט. רבי שמעון איז אהיים זייער צעבראכן, ער האט געזאגט פאר זיין ווייב: "דער רבי האט מיר נישט געוואלט וואונטשן, דער רבי האט מיר נישט געענטפערט".


רבי שמעון'ס ווייב איז זייער דערשראקן געווארן, זי האט נישט געוואלט טראכטן פון אויפגעבן, זי איז געווען א צדיקת. זי האט גענומען דעם תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן, זי האט געוויינט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיין קינד זאל זיין געזונט, העלף דאס קינד זאל האבן א רפואה שלימה", זי איז געבליבן א גאנצע נאכט נעבן דעם קינד, געוויינט צום אייבערשטן א גאנצע נאכט.


אינדערפרי איז רבי שמעון געגאנגען דאווענען מיטן רבינ'ס מנין, דער רבי זאגט אים מיט א שמייכל: ,ווען דו ביסט געקומען בעטן א ברכה פארן קינד האב איך געזען עס איז נגזר געווארן א גזירה אז דאס קינד מוז שטארבן, דעריבער האב איך גארנישט געזאגט, אבער יעצט זע איך אז די גזירה איז איבערגעדרייט געווארן, דיין ווייב האט מיט אירע תפילות גע'פועל'ט אז דאס קינד זאל זיין געזונט און זי האט מיט אירע תפילות גע'פועל'ט לאנגע געזונטע יארן פארן קינד".


בעט דעם אייבערשטן פאר דיין מאמע זי זאל זיין געזונט און שטארק, און זיי מכבד דיין טאטע; עס איז נישט דיין געשעפט וואס דיין טאטע טוט, דו זיי שטארק ביי דיר מיט די מצוה פון כיבוד אב ואם דו זאלסט זיך נישט קריגן, נאר ביידע מכבד זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#58 - זיך פירן מיט די חומרות פונעם מאן, אדער פון די עלטערן?
שלום בית, כשרות, כיבוד אב ואם, מנהגים, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געענטפערט פאר א פרוי וואס איר מאן איז מקפיד אויף געוויסע חומרות, אז ווען זיי גייען צו אירע עלטערן - וואו מען איז נישט מקפיד אויף די חומרות - זאל מען זיך פירן אזוי ווי מען פירט זיך דארט, צוליב כיבוד אב ואם, דארט איז נאר דא די חומרא פון כיבוד אב ואם.


האב איך געוואלט פרעגן אויף דעם, ווייל איך האב געוואוסט אלעמאל אז א פרוי נאך די חתונה דארף נאכגיין די מנהגים און חומרות פון איר מאן, אפילו אירע עלטערן פירן זיך אנדערש, און עס איז נישטא ביי דעם כיבוד אב ואם. וויל איך פארשטיין וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג זיך צו פירן ביי דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן צו מכבד זיין עלטערן, סיי די אייגענע עלטערן און סיי די שווער און שוויגער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי קידושין א, ז): "רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, "גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם", די מצוה פון כיבוד אב ואם איז זייער גרויס, ווייל מיר געפינען, "שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין אים אליינס.


זייער גוט זיך צו מאכן גדרים וסייגים וואס מען עסט, וועלכע הכשר און אזוי ווייטער, אבער ווען מען גייט צו די עלטערן - פירט מען זיך אזוי ווי זיי, און ווען מען גייט צו די ווייב'ס עלטערן - פירט מען זיך אזוי ווי זיי. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תוספתא ברכות ב, כב): "הלל הזקן אומר אל תראה ערום, אל תראה לבוש, אל תראה עומד, אל תראה יושב, אל תראה שוחק, אל תראה בוכה"; מען זאל נישט זיין אנדערש וואו מען געפינט זיך.


איך האב געהערט פון אנשי שלומינו וואס זיי האבן געהאט חומרות, זיי האבן אכטונג געגעבן אויף נישט עסן פלייש, און מוהרא"ש האט זיי געזאגט, ווען זיי גייען צו די עלטערן זאלן זיי עסן וואס מען לייגט זיי אין טעלער, (פארשטייט זיך ערליכע עלטערן וואס עסן מיט ערליכע הכשרים).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - זאל איך העלפן מיינע עלטערן פסח'דיג מאכן, אפילו ס'איז מיר שווער?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, פסח, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק, וואס מאכט מיין לעבן זיס ווי האניג.


אלס בחור פלעג איך ארבעטן זייער שווער ביי מיינע עלטערן אינדערהיים פסח'דיג צו מאכן, זיי מאכן פסח'דיג יעדע פלאץ און יעדע שאפע אין הויז, אפילו פלעצער וואו עס איז נאך קיינמאל נישט אריינגעגאנגען דארט א ברעקל חמץ אין לויף פונעם גאנצן יאר, און איך בין געווען דער וואס האב געארבעט גאר שווער פאר פסח אלעס צו רוימען און וואשן, ווען איך בין אריין אינעם פסח האבן מיר די הענט און פיס זייער וויי געטון, יעדער האט זיך געשפירט ווי בני חורין אבער איך בין געווען צוהאקט און צוזעצט, כאטש וואס אויסערליך האב איך זיך געמאכט פרייליך, בין איך אבער אינעווייניג גארנישט געווען אזוי פרייליך.


יעצט האב איך ברוך ה' חתונה געהאט, איך האב יעצט נישט צופיל וואס צו טון און צוגרייטן אויף פסח, און מיינע עלטערן ווילן איך זאל ווייטער קומען דארט פסח'דיג מאכן ביי זיי און איך האב זייער נישט קיין חשק דערצו, וואס זאל איך טון?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער א גרויסע מצוה צו העלפן טאטע און מאמע, איז אודאי זאלסטו זיי העלפן; פריי זיך אז דו קענסט טון די מצוה פון כיבוד אב ואם.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לא:) דער הייליגער רב יוסף איז געווען בלינד, ער האט נישט געזען ווען זיין מאמע קומט אריין, ער האט אבער זייער גוט געהערט, און ווען ער האט געהערט די קול פון די פיסטריט פון זיין מאמע פלעגט ער זאגן: "לאמיר זיך אויפשטעלן פאר די שכינה".


יעצט ווען דו האסט חתונה געהאט, דו האסט נאכנישט קיין קינדער, ביי דיר איז נישטא קיין סאך וואס צו טון אריינצוברענגען דעם יום טוב פסח - זאלסטו גיין צו דיינע עלטערן און זיי העלפן אריינברענגען דעם יום טוב פסח - מיט גרויס שמחה, אפילו עס קומט דיר אן שווער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#56 - דורך די שיעורים האב איך אויפגעהערט זיך שעמען מיט מיין טאטע
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, דרך ארץ, בזיונות, התנגדות, לשון הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהאט א שבת שבע ברכות, און מיין טאטע האט א מנהג אז ווען ס'קומט צו א משפחה שמחה ווי למשל א שבת שבע ברכות, ברענגט ער זיך מיט אלע זיינע זאכן, ווי זיין וויין (נישט מבושל), זיין מעסער (אן ציינער), זיין בעכער (אלס מהודר), הדסים צו שמעקן (וועגן אלע סגולות וואס עס האט אין זיך), און ער בענטשט די קינדער (אזוי ווי ער טוט אינדערהיים), און אזוי ווייטער.


פאר איך בין מקורב געווארן פלעג איך זיך באגראבן פאר בושה, איך פלעג זוכן א לאך זיך צו באהאלטן, עס איז מיר געווען מאסן בזיונות, איך פלעג זיך שעמען מיט מיין טאטע, נאכדעם פלעגט עס אויספלאצן.


אבער מיט די גרויסע חסדים פונעם אייבערשטן האב איך אנגעהויבן אויסצוהערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מיר געמאכט איך זאל זיך שוין נישט שעמען מיט מיין טאטע, איך האב שוין נישט קיין פראבלעם צו זיצן נעבן אים ביי די שמחה.


איך האב אפילו אים אריינגעברענגט זיינע זאכן, איך האב זיך געלאזט בענטשן אפילו ס'איז געווען אביסל הייסע בושות, ווען מיין יונגערע ברודער האט זיך נישט געלאזט בענטשן.


אשרינו שזכינו. ווען מיין טאטע זאל ווען וויסן וואס ער האט באקומען פון דער ראש ישיבה, וואלט ער נישט געהאט די ווערטער זיך צו באדאנקען.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, ל"ו שובבי"ם, כ"ב שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס דער רבי לערנט און די שכל וואס מען באקומט ביים רבי'ן - וואלטן אלע געשיקט די קינדער צום רבי'ן; די דרך ארץ וואס מען באקומט ביים רבי'ן איז נישטא אין די גאנצע וועלט.


דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ.


נאר וואס דען? דער סמ"ך מ"ם איז גרויס, די כוחות וואס מען האט אים געגעבן איז נישט צו פארשטיין. דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש) איידער זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב דער נשמה קומט אראפ אויף די וועלט - פארוואס האסטו מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה". איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריקגעקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפגיין, מיר האבן שוין אן עצה".


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט (בספר נהרי אפרסמון): "וואס איז זייער עצה, וואס זיי האבן זיך געטראפן? לאכן, מען לאכט פונעם רבי'ן און מען שפעט אפ פון א ברסלב'ער חסיד", דאס מאכט אז עלטערן זאלן נישט לאזן די קינדער אנקומען צום רבי'ן, עלטערן ציטערן אז די קינדער וועלן אנקומען צו א שלעכטע פלאץ. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס, און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


היכל הקודש איז א פלאץ וואו מען לערנט דרך ארץ, מען לערנט שכל. אז דיין טאטע וויל מאכן זיינע מנהגים - וואס האט דאס מיט דיר? וואס דארפסטו זיך שעמען? און אז מענטשן שמייכלען פון דיין טאטע - איז וואס? און אז מען לאכט - איז וואס? מען ווערט נישט גרעסער ווען מענטשן האלטן יא פון אים און מען ווערט נישט קלענער אויב מען לאכט, דער עיקר דארף מען טון רצון השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - ווי אזוי דערהאלט איך זיך ווען עס איז א גיהנום אינדערהיים?
שידוכים, תהלים, כיבוד אב ואם, קינדער, מחלוקת, תפילה והתבודדות, אידישע שטוב, משפחה, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין לאנגע חדשים וואס דער מצב ביי אונז אינדערהיים איז זייער שווער, אבער יעצט איז שוין ממש עק וועלט, מיינע עלטערן האלטן זיך ביים גט'ן, און יעדן טאג איז דא קריגערייען און פיינטשאפט אינדערהיים, עס שפירט זיך ווי זיי זענען ממש צוויי פיינט.


איך שרייב די ווערטער מיט טרערן אין די אויגן, איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך מוז האבן אסאך חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין אין לעבן מיט שמחה און ערליכקייט.


אויסער דער זע איך ווי מיינע עלטערן ווערן שוואכער און שוואכער אין אידישקייט, און ווי מיין יונגערע שוועסטער קען מער נישט אויסהאלטן דעם מצב און זי אנטלויפט צו מאוויס, און דאס טוט מיר זייער וויי.


איך דאנק דעם אייבערשטן יעדן טאג אז ער האט מיר צוגעשטעלט די רפואה פאר די מכה, אז איך בין געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן, צו די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, וואס דאס געבט מיר חיות, האפענונג, און א שטארקע אמונה, איך קען זיך נישט פארשטעלן ווי אזוי איך וואלט זיך אן עצה געגעבן אן דעם.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען שרייבן אביסל חיזוק, און אויך ווי אזוי איך קען מחזק מיין יונגערע שוועסטער און איר ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, כ"א שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דערהאלטס אייך מיט אלע כוחות, נאך אביסל ווערט איר א כלה, איר וועט אויפשטעלן א שיינע אידישע ווארעמע שטוב, און מיט'ן רבינ'ס עצות און מיט'ן רבינ'ס שכל - וועט איר האבן א זיסע גוטע לעבן.


עס איז זייער שווער פאר קינדער ווען עלטערן קריגן זיך. קיינער פארשטייט נישט די צער פון די קינדער וואס די עלטערן קריגן זיך; עס איז זיי געפערליך שווער, מען ווערט צעדריקט יעדע מינוט אין לעבן.


מישט זיך נישט אריין ווען זיי קריגן זיך. איר זאלט שטיין פון די זייט און בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זיך נישט קריגן, זיי זאלן זיך ליב האבן. אזוי אויך געבט אכטונג אויף אייערע יונגערע געשוויסטער, עס זאל זיי גוט זיין.


זייט שטארק אין תפילה והתבודדות, גייט יעדן טאג אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, און גיסט אויס אייער הארץ. שמועסט מיט'ן אייבערשטן אין אייער שפראך, דערציילט אים וואס גייט אלץ אריבער אין שטוב, דערציילט אים אייער ווייטאג, בעטס אים פאר א גוטע שידוך, פאר שלום ביי די עלטערן און ביי גאנץ כלל ישראל.


אזוי אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג תהילים, אפילו נאר אפאר קאפיטלעך תהילים - וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - זאל איך צוריק אנטון מיין הוט און רעקל לכבוד מיין מאמע?
כיבוד אב ואם, קליידער, משפחה, משניות, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט געגאנגען שבת מיט א הוט און רעקל און אינדערוואכן בין איך געגאנגען מיט קאלירטע קליידער. מיין מאמע האט מיר געבעטן איך זאל צוריק אנטון א הוט און רעקל, און איך האב טאקע צוריק אנגעטון מיין הוט און רעקל אויך אינדערוואכן לכבוד מיין מאמע.


מיינע עלטערע ברידער זענען אבער ליידער פריי, נישט קיין שומרי תורה רחמנא ליצלן, און זיי זענען געווען ביי אונז אויף שבת, און זיי האבן נישט אויפגעהערט חוזק צו מאכן פון מיר די גאנצע צייט, און עס איז מיר געווען זייער נישט בא'טעמ'ט.


וואס זאל איך טון? זאל איך צוריק אויסטון די הוט און רעקל, ווייל עס איז מיר באמת זייער נישט אנגענעם ווען מיינע ברידער לאכן אפ פון מיר, אדער זאל איך נישט קוקן אויף זייער זייט און מכבד זיין די רצון פון מיין מאמע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך א נחת רוח פאר דיין מאמע, טו זיך צוריק אן די חסידי'שע קליידער. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מחי' זיין טאטע מאמע, די שכר וואס דער אייבערשטער באצאלט אויף די וועלט און שפעטער אויף יענע וועלט - ווען מען איז מחי' און משמח טאטע מאמע; ווער רעדט נאך ווען זיי ווילן גוטע זאכן, זיי ווילן זאלסט גיין אנגעטון מיט קליידער וואס ערליכע אידן גייען - זאלסטו דאס זיכער טון.


שעם זיך נישט פון קיינעם און אויך נישט פון דיינע ברידער. ווער עס לאכט אפ פון א צווייטן איז א סימן פון קנאה; דיינע ברידער לאכן פון דיר ווייל זיי ווילן אויך זיין גוט, טיף אין זייער הארץ ווילן זיי אלע תשובה טון; זאלסטו זיין שטארק און זיך נישט צוטון מאכן פון קיינעם אין די וועלט.


מאך זיך א שיעור אין משניות, לערן יעדן טאג כמה פרקים משניות - אפילו בלי הבנה כלל. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה", נאר זאגן די ווערטער; דאס וועט דיר געבן כח צו זיין ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - ווי אזוי באקום איך צייט און געדולד צו זאגן תהלים?
שבת קודש, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען פאר די הערליכע בית פיגא סקול וואו איך לערן.


איך האב געוואלט בעטן אביסל חיזוק אויף זאגן תהילים, ווי דער ראש ישיבה ווייסט האב איך א גרויסע געבענטשטע משפחה, איך דארף אסאך העלפן אינדערהיים, און עס קומט כמעט נישט אויס אז איך זאל האבן אן עקסטערע רגע אין טאג ווען איך זאל מיך קענען אראפזעצן זאגן תהילים, נאר שבת.


שבת איז די איינציגסטע צייט ווען איך קען זאגן תהילים, אבער אפילו דעמאלט ווען איך האב שוין יא אביסל צייט האב איך נישט קיין געדולד פאר דעם, ווייל איך וויל זיך אביסל סתם הנאה און שפילן עפעס אדער ליינען עפעס.


איך וואלט זיך זייער געפריידט צו באקומען א בריוו פון דער ראש ישיבה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר העלפט אייער מאמע תחי', דאס איז דאך די גרעסטע מצוה.


די הייליגע חכמים זאגן אונז (ירושלמי פאה א, א) אז די מצוה פון מכבד זיין טאטע מאמע איז חמורות שבחמורות, עס איז פון די הארבסטע מצוות, נאך זאגן אונז חכמינו זכרונם לברכה (קידושין ל:): "בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אֹמֵר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִבְּדוּנִי", דער אייבערשטער זאגט, אויב זענט איר מכבד די עלטערן - איז דאס אזוי ווי איר זענט מיך מכבד.


אוי געוואלד, וויפיל קינדער ווייסן נישט פון די מצוה פון כיבוד אב ואם, וויפיל קינדער זענען אזוי אריינגעטון מיט פרענדס, מען לויפט ארויס פון שטוב מיט חבר'טעס, מען לאזט איבער די מאמע מיט די שטוב ארבעט. די אויסגעמוטשעטע מאמע דארף אלעס טון פאר די קינדער און די קינדער זענען נישט געלערנט וואס איז דאס א "מאמע", וואס איז דאס "לעבן", מען איז מזלזל אין די מאמע, שפעטער ווען מען וווערט אליינס א מאמע און מען קען קוים אטעמען - דעמאלט כאפט מען זיך, מען האט חרטה.


וואויל איז אייך אז איר העלפט אין שטוב. פרובירט צו זאגן יעדן טאג איין קאפיטל תהילים, און שבת זאלט איר זאגן פינף קאפיטלעך. אויך זאלט איר זיך אפרוען און שפילן געימס און זאגן לכבוד שבת קודש, און אלץ זאל די מצוה פון כיבוד אב ואם שטיין העכער אלעס.

#52 - ווי אזוי נעם איך ארויס פון הארץ די פיינטשאפט צו מיין טאטע?
כיבוד אב ואם, אמונה, קשיות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה טוט פאר מיר, בעיקר פאר'ן מיך אויסלערנען דעם סדר דרך הלימוד.


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה, דער ראש ישיבה רעדט אסאך פון מכבד זיין א טאטע, איך פרוביר דאס בעסטע עס צו טון, און איך טו עס ברוך ה'. וואס זאל איך אבער טון אז איך האב פשוט פיינט מיין טאטע פאר אלעס וואס ער האט מיך געטון וכו', אויב דער ראש ישיבה קען ביטע נעמען די פאר מינוט און מיר ענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


צוויי זאכן דארפסטו וויסן, איינס מען דארף מכבד זיין א טאטע - זאל זיין וואס זאל זיין; די תורה זאגט אונז (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ", נישט נאר ווען מען האט ליב דעם טאטן; א טאטע דארף מען מכבד זיין אין יעדן פאל.


צווייטנס, זאלסט קוקן אויף דיין טאטע מיט רחמנות; ווען מען קוקט מיט רחמנות איז גאר אנדערש. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב) אז מען זוכט אויף גוטס אין א צווייטן - ווערט יענער גוט.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן; נעם אריין אין דיר דעם געדאנק אז 'אלעס איז דער אייבערשטער; דיין טאטע, דיין מאמע, דיינע געשוויסטער, דו אליינס, דיין געלט און דיין אלעס - איז נאר אלוקות'.


פארוואס דער דארף ליידן, פארוואס דער איז ארעם און פארוואס דער מוטשעט זיך - אויבן איז דא אן ענטפער אויף דאס אלעס; וואס ווייסטו וואס איז געווען אינעם פריערדיגן גלגול... אפשר האסטו געפייניגט איינעם און יעצט דארפסטו דאס אליינס אריבערגיין? מען ווייסט גארנישט, מען דארף טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, דעמאלט איז גוט בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#51 - ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט עלטערע עלטערן?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די גוטע לעבן וואס ער האט מיר געגעבן, וואס איך דארף האבן גיי איך נאר צו אים און ער ענטפערט מיר און העלפט מיר כסדר.


איך און מיין ווייב זענען ביידע פון די יונגערע אין אונזערע משפחות, און דאס געבט אונז מער געלעגנהייטן מקיים צו זיין די מצוה פון כיבוד אב ואם, אבער עס קומט אויך מיט געוויסע שוועריקייטן און דערפאר האב איך געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א ווי אזוי צו האנדלען מיט די פראבלעמען וואס מאכן זיך איבער דעם ממש כסדר.


מיין שוויגער איז אויף אסאך ביינאכט, זי האט נישט וואס צו טון מיט די צייט, קומט זי אריבער צו אונז אהיים אין די שפעטע שעות, און זי יעצט און רעדט מיט מיין ווייב איבער אלץ און אלעמען, און מיר ווייסן נישט וואס צו טון וועגן דעם.


ווען עס קומט צו מיינע עלטערן, מיר גייען אסאך מאל עסן צו זיי אויף שבת, און מיין מאמע מוטשעט אסאך מיין ווייב אויף נארישע זאכן. איך פרוביר אלץ צו בארואיגן מיין ווייב אז זי רעדט נאר אזוי ווייל זי איז אנגעווייטאגט אויף אירע אייגענע פראבלעמען, אבער מיין ווייב שפירט זיך זייער געטראפן פון דעם, און זי וויל מער נישט אהינגיין.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן און אנווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי זיך פירן, ווייל מיר ליידן כסדר אסאך פון דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון די מצוה פון כיבוד אב ואם, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, סימן כו) "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוּ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין טאטע מאמע.


דעריבער זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב זי זאל רעדן מיט איר מאמע און איר אויסהערן, עס איז א גרויסע מצוה אויסצוהערן א מאמע.


דאס קען יעדער איינער טון. ווייל ווען מען דארף אויסהאלטן עלטערן, נישט יעדער איז ביכולת אויסצוהאלטן די עלטערן, אבער אויסהערן עלטערן - איז א מצוה וואס יעדער איינער קען טון; מען דארף נישט האבן וואס צו ענטפערן, מען דארף נאר אויסהערן. און אויב מען האט א שיינע מעשה, א שיין ווארט פון חיזוק - קען מען דאס דערציילן.


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל נישט ווערן באליידיגט ווען דיין מאמע זאגט איר עפעס. עלטערן מעגן זאגן, עלטערן מעגן פאררעכטן און מען דארף זיך נישט באליידיגן. נאך אביסל זענען ענק די עלטערן און ענק וועלן אויך זאגן פאר ענקערע קינדער ווי אזוי זיך צו פירן.


וואויל איז דער מענטש וואס איז מכבד זיינע עלטערן, וועט ער זוכה זיין צו די וועלט און יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - זאל איך פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, א חודש פאר מיין חתונה?
אומאן, שלום בית, כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, שווער און שוויגער, ראש השנה, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה אי"ה אין צוויי חדשים ארום, וואס איז די בעסטע הכנה צום דעם גרויסן טאג אין מיין לעבן?


אויך האב איך געוואלט פרעגן אויב איך זאל פארן דאס יאר צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, אויב עס איז כדאי זיך צו פארפלאנטערן מיט מיין טאטע א חודש פאר די חתונה?


מיין כלה ווייסט נישט אז איך בין אין היכל הקודש, ווי אזוי זאל איך איר דאס דערציילן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד החתן ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די גרעסטע זאך וואס דו קענסט טון, מאכן א הכנה פאר דיין חתונה - איז פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים", מען קען דעמאלט באקומען א תיקון, "מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן", אפילו אינמיטן די יאר וואלט מען נישט געקענט באקומען א תיקון, "אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן", דאך ראש השנה קען איך זיי אלע פאררעכטן. "אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם", אפילו דער הייליגער רבי קען זיי נישט מתקן זיין א גאנץ יאר, "אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים", אבער ראש השנה קען ער זיי אלע פאררעכטן, "כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּראשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת".


קריג זיך נישט מיט דיין טאטע, מיט א טאטע טאר מען נישט טענה'ען; אז ער שרייט אויף דיר זאלסט נישט פארן - זאלסטו חס ושלום נישט ענטפערן, מען טאר נישט גיין אין ויכוחים מיט עלטערן; דו פאר צום רבי'ן און דער רבי וועט דיך מתקן זיין.


דיין כלה וועט זיך פרייען אז זי באקומט א חתן וואס האט א געפיל צו פארן צו צדיקים אויף ראש השנה, בפרט ראש השנה פאר די חתונה; אלע חתנים פארן אויף מקומות הקדושים, זי וועט עס אנקוקן גוט.


ווייסט אודאי וואס דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט פאר א חתן, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטש טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהויבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


נאך די חתונה דארף מען זיין זייער קלוג צו קענען האלטן ליבשאפט צווישן די ווייב און די עלטערן. מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט, ביים הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע פון נאדבורנא זכותו יגן עלינו, ווען זיין מאמע פלעגט אריינקומען צו אים אין צימער רעדן צו אים שלעכטס אויף זיין ווייב, האט דער הייליגער רבי מרדכי'לע זכותו יגן עלינו איר אויסגעהערט מיט דרך ארץ און כבוד. נאכן ענדיגן רעדן, ווען זי איז ארויסגעגאנגען, האט ער גענומען זיין קאפל, דאס אויסגעשאקלט און זיך צוריק געזעצט לערנען. שפעטער קומט אריין די רעביצין און הויבט אן שרייען: "דיין מאמע איז דא געווען, וואס האט זי געוואלט? דיין מאמע איז א שלעכטע, א ביטערע, איך בין אסאך בעסער פון דיין מאמע", זי האט געשריגן און געשריגן; ווידער האט איר דער הייליגער רבי מרדכי'לע אויסגעהערט און געשאקלט מיט'ן קאפ, און ווען זי איז ארויס פון צימער האט ער גענומען זיין קאפל, דאס אויסגעשאקלט און זיך צוריק געזעצט לערנען.


מוהרא"ש האט אונז דערציילט די מעשה אונז צו לערנען נישט צו זיין נאריש און איבערזאגן שלעכטס וואס איינער זאגט אויפ'ן צווייטן, נאר יעדן איינעם מכבד זיין און יענעם געבן די געפיל אז מען איז גערעכט, און שלום על ישראל.


קום קיין אומאן; נישטא נאך אזא רבי, א רחמנות'דיגער רבי וואס לאזט זיך אראפ צו אונז אזוי ווי א רחמנות'דיגע מאמע וואס נעמט איר פארשמירטע קינד, וואשט עס אפ און רייניגט עס מיט אזא רחמנות; דאס טוט דער רבי מיט אונז, ער וואשט אונז אפ פון אלע פגמים און ער איז אונז מתקן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#49 - בין איך מחויב אריינצונעמען מיין שווער און שוויגער אויף שבת?
כיבוד אב ואם, הכנסת אורחים, שווער און שוויגער, משפחה, עלטערע יארן, זומער

תוכן השאלה‎

מיין שווער און שוויגער האבן אפגעמאכט צו קומען צו אונז אין אונזער קליינע פארשטופטע באנגעלאו אויף שבת, מיט מיין מאנ'ס הסכמה.


דער פראבלעם איז אז איך בין זייער זייער נישט באקוועם מיט די גאנצע זאך, איך פיל ווי סיי מיין שווער און סיי מיין שוויגער וועלן זיין אין מיין נאז א גאנץ שבת און זונטאג, עס נעמט אוועק מיין גאנצע פריוואטקייט, איך גיי דארפן שלאפן אין די קאך מיט א פורהאנג, איך וועל זיך נישט קענען דרייען באקוועמעהייט אין מיינע אייגענע ד' אמות, איך גיי שפירן ווי א פרעמדער גאסט אין מיין אייגענע שטוב, איך גיי זיין ווי א שטיקל מיסט, בלויז ווייל מיין מאן וויל געבן פאר זיינע עלטערן א שבת וואקאציע.


בין איך מחויב נאכאלץ צו מסכים זיין צו דעם, נאר ווייל מיין מאן וויל אזוי? ווען זיינע עלטערן זענען נעבן מיר, בין איך שוין גארנישט ווערד; איך בין א מענטש וואס דארף מיין רואיגקייט, מיין "ספעיס", און דא זאל איך זיך אריינלייגן אין א מצב ווי איך שפיר ווי איך האב נישט קיין לופט צו אטעמען? איך בין נישט באקוועם מיט זיי בכלל, און א קליינע באנגעלאו נאך אויך, וואס דארף איך טון? איך מעג אראפשטעלן קלאר אז איך בין נישט מסכים? איז עס גערעכט? איך טראכט אז מיין מאן קען מיך בכלל נישט פארשטיין. איך בין צעמישט אויב איך דארף זיך מוסר נפש זיין פאר דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט נישט מחויב דאס צו טון, איר דארפט דאס נישט טון; די שאלה איז, וואס וועט זיין אין אפאר יאר ארום ווען איר וועט זיין די אלטע באבע און אייער מאן - דער זיידע, און איר וועט זוכן זומער א פלאץ וואו צו זיין; איר וועט זיך זיכער מחי' זיין אויב אייער קינד וועט זיך צאמקוועטשן פאר א שבת, אייך ארייננעמען און אייך מאכן באקוועם.


על פי הלכה קענט איר זאגן: "מיר האבן נישט קיין פלאץ", "עס האט נישט קיין פשט צו שלאפן אין קאך מיט א פירהאנג וכו' וכו'", אבער וואס טוט מען נישט פאר עלטערן... דאס לעבן איז דאך נאר אינטערעסאנט אז מען קען מחי' זיין די עלטערן; אפגערעדט אז דאס איז די גרעסטע חינוך, מען ווייזט פאר די קינדער ווי אזוי מען איז מכבד עלטערן, דאן וואקסן די קינדער אויף אזוי הייליג און אזוי געזונט; זיי וועלן אייך אויך מכבד זיין.


איך בין אזוי אויפגעוואקסן אלע מיינע יארן. מיינע עלטערן האבן אריינגענומען מיין באבע, מרת רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, זי פלעגט איינשטיין א האלבע זומער ביי מיינע עלטערן; מיינע עלטערן האבן נישט געהאט א פלאץ, זיי האבן געהאט א פשוט'ע באנגעלאו, זיי האבן אוועקגעגעבן זייער שלאף שטוב פאר איר, און זיי האבן זיך אריינגעקוועטשט אינאיינעם מיט די קינדער. עס זענען געווען צוויי שלאף שטובער, די בעסטע שטוב האט מען איר געגעבן, און מיין טאטע שליט"א און מאמע תחי' האבן זיך אריינגעקוועטשט מיט די קינדער אין די צווייטע שטוב. עס איז געווען אזוי פרייליך אין שטוב, מען האט געשפירט די שכינה אין שטוב; עס איז אונז קינדער ניטאמאל איינגעפאלן אז דאס איז עפעס א זאך וואס אנדערע טוען נישט, מיר האבן געמיינט אז אלע טוען אזוי, מיר האבן געמיינט אז ביי אלע משפחות זענען די עלטערן דער עיקר פון די לעבן.


די שאלה איז, פארוואס דארף דאס זיין מסירות נפש? פארוואס זאל מען דאס נישט וועלן טון מיט שמחה?! עס וואלט ווען געדארפט זיין די גרעסטע שמחה אז די עלטערן קומען.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן די מצוה פון כיבוד אב ואם, איר זאלט לעבן מיט די מצוה - וועט איר זיך בכלל נישט דארפן מוסר נפש זיין, איר וועט הנאה האבן פון מכבד זיין די עלטערן, איר וועט האבן א זיסע לעבן.

#48 - גיין צו די עלטערן אנגעטון ווי זיי ווילן
שלום בית, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, קליידער, שייטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים, ספעציעל די חיזוק פאר פרויען, וואס איז מיר זייער מחזק און העלפט מיר אסאך אין לעבן. איך ווארט יעדע וואך אויף דעם וועכנטליכן קונטרס "עצתו אמונה", עס איז ממש מחי' נפשות, איך טרעף דארט ענטפערס אויף פילע פון מיינע שאלות אין לעבן.


ווען מיר עסן שבת ביי מיינע עלטערן, טו איך זיך אן געהעריג, אבער איך טו זיך נישט אן די שייטל, ווייל מיין טאטע איז נישט מסכים אז עס זאל אריינקומען א שייטל ביי אים אין שטוב, זייט מען האט אנגעהויבן צו מאכן דא א גרויסע טומל קעגן שייטלעך, איז ער זייער שטארק קעגן דעם, און דעריבער גיי איך נישט אהין מיט'ן שייטל.


אבער איך האב געזען לעצטנס א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר א פרוי אז ווען מען גייט ארויס זאל מען זיך אנטון נארמאל ווי עס פאסט, ווייל דער מאן וויל זען זיין ווייב שיין אנגעטון. איז מיין שאלה אויב איך זאל יא אהינגיין אנגעטון מיט'ן שייטל און ערשט דארט זיך טוישן צו א סנוד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכים החודש, כ"ה סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער טאטע וויל נישט איר זאלט קומען צו אים אין שטוב מיט א שייטל איז דאך קלאר וואס איר האט צו טון; מאכט אים א נחת רוח און גייט צו אים אין שטוב ווי אזוי ער וויל.


מען רעדט באופן כללי, ווען מען גייט ארויס פון שטוב איז גוט צו גיין אנגעטון; ווען מען איז שיין אנגעטון ווערט מען מכובד אין דעם מאן'ס אויגן.


ווען איר גייט צו אייערע עלטערן זאלט איר זיי מאכן א נחת רוח; עס איז נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי פרייליך מאכן עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#47 - מיין מאמע איז זייער מצער מיין טאטע, ווי אזוי קען איך איר מכבד זיין?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פיל אביסל שלעכט מיט מיינע פילע שאלות, וואס זאל איך אבער טון אז ס'איז מיר שווער.


איך דארף זייער וויכטיג חיזוק אויף מכבד צו זיין מיין מאמע. איך רעד דוקא פון מיין מאמע און נישט פון מיין טאטע, ווייל איך זע ווי מיין מאמע לייגט אוועק מיין טאטע, ער גייט צוגרונד פון איר, זי איז אים זייער נישט מכבד, שיין געזאגט, די קינדער איז זי מער מכבד פון מיין טאטע, ווייל די טערעפי האט איר אנגעזאגט אזוי.


מיין טאטע האט געהאט א שווערע יוגנט, און אנשטאט אז נאך די חתונה זאל אים בעסער ווערן, איז אים זייער שווער.


איך ווייס אז איך דארף נישט אלעס זען, אבער איך קען נישט ווערן בלינד. למשל ביי א שבת'דיגע סעודה, ווען מיין מאמע מאכט אוועק מיין טאטע, וואס זאל איך טון? איך ווער ממש פארפרוירן, איך קען מער נישט אריינברענגען זאכן צום טיש, און אזוי ווייטער.


דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קינדער טארן זיך נישט אריינמישן און נעמען א צד ווען עלטערן קריגן זיך, קינדער דארפן מכבד זיין די עלטערן - זאל זיין וואס זאל נאר זיין.


איר מיט אייער חכמה זאלט מכבד זיין אייער טאטע; איר זאלט אים פרעגן זאכן ווי אזוי צו טון און וואס צו מאכן, ער זאל שפירן ווי א טאטע, ער זאל שפירן ווי מען מאכט אים נישט אוועק. אויך זאלט איר מכבד זיין אייער מאמע; איר זאלט בשום אין אופן נעמען א צד, איר זאלט זיי ביידע מכבד זיין.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון כיבוד אב ואם, רבי שמעון בר יוחאי זאגט (ירושלמי קידושין א, ז): "גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם", עס איז אזוי גרויס די מצוה פון מכבד זיין טאטע און מאמע, "שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער זאגט אונז, זייט מער מכבד טאטע מאמע ווי דעם אייבערשטן אליינס.


וואויל איז דעם וואס איז מכבד טאטע מאמע, וועט ער באקומען שכר אויף די וועלט און יענע וועלט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְּבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּירוֹתֵיהֶן בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לּוֹ לָעוֹלָם הַבָּא, כִּיבּוּד אָב וָאֵם וְכוּ'", דער אייבערשטער באצאלט שכר פאר די מצוה פון כיבוד אב ואם סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - מעגן עלטערן זאגן פאר חתונה געהאטע קינדער וואס צו טון?
כיבוד אב ואם, קינדער, מורה דרך, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס עלטערן פון חתונה געהאטע קינדער, טרעפן מיר זיך צומאל אין מצבים וואס מיר זענען אין א פארלעגנהייט אויב מיר זאלן זיי זאגן עפעס ווען מיר זעען ביי זיי זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן, ספעציעל אין אונזער שווערע דור וואס איז פול מיט אזוי סאך שווערע נסיונות.


מיר ווייסן אז עלטערן דארפן זיך נישט אריינמישן אין דאס לעבן פון די חתונה געהאטע קינדער,  מען דארף זיי לאזן לעבן זייערע אייגענע לעבן, אבער פון די אנדערע זייט אויב זעט מען נישט גוטע זאכן, ספעצילע אין רוחניות, זאכן וואס קען זיין ממש א סכנה, דארף מען נאכאלץ בלייבן שטיל, גארנישט זאגן, און זיך נישט אריינמישן? אדער איז יא דא פעלער וואס מיר קענען זיי אויפמערקן און זאגן וואס צו טון, אלס עלטערן?


וואס זענען די כללים, וואס איז די ריכטיגע וועג זיך פירן, אין דעם פארפלאנטערע נושא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עלטערן מעגן זאגן און עלטערן דארפן זאגן, אבער עס ווענדט זיך ווי אזוי מען זאגט דאס; אז מען זאגט דאס שיינערהייט, מיט ליבשאפט - דעמאלט איז גוט צו זאגן, אבער אז מען זאגט דאס נישט אויף א גוטע וועג, דעמאלט זאגן חכמינו זכרונם לברכה (יבמות סה:): "כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע, כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שאינו נשמע", אזוי ווי עס איז א מצוה צו זאגן א זאך וואס מען וועט אויסהערן און אננעמען - אזוי איז א מצוה מען זאל נישט זאגן א זאך וואס מען וועט נישט אננעמען.


מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן ערליכע קינדער, און מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר גאנץ כלל ישראל אלע זאלן תשובה טון, אלע זאלן זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


אמאל קען מען שטילערהייט רעדן צום דיין אדער מורה דרך פון די קינדער, ווען מען ווייסט אז זיי וועלן מער אננעמען פון זיי ווי פון די עלטערן.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן ווי אזוי צו רעדן צו זיי און וואס צו רעדן צו זיי; מיט תפילה וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - מעגן גע'גט'ע עלטערן אונטערפירן א קינד אונטער די חופה?
חתונה, שמחות, הלכה, כיבוד אב ואם, שמחה, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וועגן אונטערפירן ביי א חופה. ברוך ה' אז איך בין א כלה געווארן, מיינע עלטערן זענען גע'גט, אבער איך וויל זייער שטארק אז מיין טאטע און מאמע זאלן מיך אינטערפירן די חופה.


איך וויל וויסן אויב ס'איז דא א ספעציעלע הלכה אויף דעם צי מען מעג אדער נישט, ווייל מיין טאטע האט מיר געזאגט אז מ'מעג נישט און פון די אנדערע זייט האט מיין מאמע געפרעגט א רב און ער האט געזאגט אז עס נישט דא קיין שום פראבלעם לויט די הלכה אפילו אויב מ'איז גע'גט, נאר עס איז דא אזעלכע וואס זענען מקפיד אויף דעם אז עס זאל יא זיין א פארפאלק וואס פירט אונטער.


מיין טאטע וויל אז מיין זיידע און באבע זאלן אונטערפירן, אבער איך וויל יא אז מיינע עלטערן זאלן אונטערפירן; וויל איך וויסן ווי אזוי איך דארף זיך פירן, וואס איז די הלכה?


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים וואס געבט אזויפיל חיזוק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בדרך כלל פירט מען זיך אז נאר א פארפאלק פירט אונטער; אין פאל וואס די עלטערן זענען גע'גט, נעמט מען די זיידע באבע זאלן אונטער פירן.


אויב איר ווילט דוקא אז אייערע עלטערן זאלן אונטער פירן - קען מען אונטער פירן אפילו מען איז גע'גט.


די שאלה איז נאר אויב אייערע עלטערן ווילן הערן וואס איך האב צו זאגן; דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט חס ושלום נישט מאכן קיין קריגעריי, לאזט זיך פירן פונעם אייבערשטן.


געדענקט פונעם עיקר, כאפט זיך נישט אן אינעם טפל; דאס טוט דער יצר הרע ביי יעדע שמחה. ער נעמט זייטיגע זאכן און מאכט דאס פאר אן עיקר ביז מען פארגעסט פונעם עיקר. דער עיקר איז איר האט חתונה, איר גייט אויפבויען א אידישע שטוב; זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים זיינע און אים בעטן אויף ווייטער, אויך זאלט איר זיך פירן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ צו אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, דורות ישרים ומבורכים.

#44 - ווי אזוי קען איך גיין קיין ברסלב, אן מצער זיין מיין פאמיליע?
חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, משפחה, חברים, ראש ישיבה, התנגדות, לשון הרע, שבועות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען צו די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א וואס זענען מיר אזוי שטארק מחי' און העלפן מיר אזוי שטארק אין לעבן.


איך קום פון א ליטווישע משפחה, ביי אונז אין די משפחה האט מען נישט ליב ברסלב, מען רעדט אויף ברסלב, אבער מיר ציעט עס זייער שטארק, עס געבט מיר א סיפוק און חיות אין לעבן, ווען איך טרעף זיך מיט פרויען פון ברסלב ווער איך אזוי שטארק איבערגענומען פון די גוטע אטמאספער, ווי יעדער איז פרייליך און פאזיטיוו, ווי מען זאגט יעדע מינוט "יישר כח אייבערשטער", און איך וויל אזוי שטארק זיין א חלק פון די ברסלבע קהלה.


ווי אזוי געב איך זיך אבער אן עצה מיט מיין פאמיליע? ווי אזוי האלט זיך צוריק נישט צוריק צו ענטפערן ווען מען האלט מיר פאר וועגן ברסלב? יעדעס מאל איך וויל גיין צו עפעס א מסיבה אדער צוזאמקום אין ברסלב, דארף איך טרעפן עפעס א תירוץ פאר מיינע עלטערן וואו איך גיי און פארוואס איך גיי, יעדעס מאל בין איך נאכאמאל מסופק אויב איך זאל זיי בכלל זאגן אז איך גיי צו א ברסלב'ע פלאץ אדער טרעפן עפעס א תירוץ וואו איך גיי, ווי לאנג קען איך דאס אויסבאהאלטן און זיך נישט ארויסשטעלן אפן אז איך האב ליב ברסלב און איך וויל גיין צו ברסלב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב צו אייך א פראגע, פארוואס דארפן בכלל אייער משפחה וויסן אז איר נעמט אייער חיות פון הייליגן רבי'ן? פארוואס דארף צוגיין דאס התקרבות מיט מחלוקות? פארוואס אוועקגיין פון שטוב? צי דען קען מען נישט זאגן "שכוח אייבערשטער" אין שטוב? מען מוז זיך צעקריגן מיט משפחה, אוועקגיין פון שטוב - צו קענען זאגן "שכוח אייבערשטער"? מען קען דאך זיין מקורב, בלייבן אין שטוב, אויסהערן שיעורים, לערנען דעם רבינ'ס ספרים - אן גיין און קומען וכו'.


איר דארפט פארשטיין, קודם, וואס איז דאס ברסלב? ברסלב איז שכל, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן. דער רבי לערנט אונז אמונה, דער רבי געבט אונז חיזוק צו קענען אריבערגיין שווערע זמנים אין לעבן; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט די שיינע דיבורים פון רבי'ן, שיעורים פון אנשי שלומינו ווי זיי לערנען און דערציילן פון רבי'ן - ווערט דער לעבן אזוי זיס, מען האט כח אריבערצוגיין די שווערע נסיונות, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען הויבט אן שמועסן מיט'ן אייבערשטן, ממש א לעבן פון גן עדן.


עלטערן ווערן דערשראקן ווען פלוצלונג יעדן טאג וויל זייער טאכטער גיין דא, גיין דארט; מען ווערט דערשראקן ווען דאס קינד וויל כסדר ארויסגיין. די עלטערן ווייסן נישט פינקטליך וואס איז דאס ברסלב, און אסאך מאל הערט מען לשון הרע, דעריבער איז נישט כדאי זיך צו שפאַרן ארויס צו גיין דא, ארויסגיין דארט; מען קען האבן גוטע חבר'טעס דורך רעדן אויפ'ן טעלעפאן, ענדערש בלייבט מען אין שטוב העלפן די עלטערן.


איך בין אפאר יאר געווען מקורב צום רבי'ן אן דעם וואס איינער זאל בכלל וויסן, איך האב זיך מתבודד געווען און געלערנט מיינע שיעורים כסדרן, אויך האב איך געהאט שטילערהייט שיחות מיט ערליכע חברים, קיינער האט נישט גע'חלומ'ט בכלל אז איך בין ברסלב. שפעטער ווען איך בין געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה, דעמאלט איז ארויסגעקומען דער סוד, מיין משפחה האט זיך דערוויסט אז איך צי זיך קיין ברסלב. נאך ראש השנה, נאכן צוריקקומען פון אומאן בין איך ווייטער געבליבן אלע זמנים וואס מען קומט זיך צאם מיט משפחה, איך בין נישט אוועקגעלאפן יעדע שני וחמישי.


מוהרא"ש האט מיר דאס געלערנט. איך האב אמאל געפרעגט מוהרא"ש פאר יום טוב שבועות: "איך קום אריין קיין בארא פארק צו מיינע עלטערן אויף שבועות, מיין טאטע דאווענט ביי מיין זיידע (שליט"א) [זכרונו לברכה], חברים זאגן מיר אז איך מוז קומען דאווענען אין היכל הקודש, ווייל שבועות דאווענט מען מיט אנשי שלומינו, דאס ראטעוועט פון עולם התוהו, אדער זאל איך בלייבן דאווענען אין קארלסבורג מיט מיין משפחה און נישט מאכן מחלוקות?" מוהרא"ש זאגט מיר: "קודם געב אכטונג נישט צו זיין בזה העולם אין עולם התוהו"; דאס איז געווען דער וועג פון מוהרא"ש, נישט צו מאכן קיין מחלוקות, בלייבן מיט די משפחה און דארט לעבן מיט די עצות פון רבי'ן.


למעשה האב איך אויסגעארבעט א וועג צו קענען דאווענען ביי מוהרא"ש. דעמאלט האט מוהרא"ש געדאווענט ותיקין, איך האב זיך געמאכט א חשבון אז איך גיי ותיקין צו מוהרא"ש און ווען מען ענדיגט דאווענען וועל איך גיין צו מיין זיידע, אזוי האב איך געטון אפאר יאר, איך האב געדאווענט ביי מוהרא"ש און נאכדעם בין איך געזיצן מיט'ן טלית ביי מיין זיידעס מנין פאר כמה שעות, איך האב זיך מתבודד געווען אונטערן טלית אן דעם וואס מען זאל וויסן אז איך בין אנדערש פון די משפחה.


באזונדער ווען עס רעדט זיך פון פרויען און מיידלעך וואס ווילן לעבן מיט די עצות פון רבי'ן, ביי זיי איז דאך אסאך גרינגער עס זאל נישט ווערן קיין מחלוקות. ביי מענער, דארט קלאפט עס אויס ביים פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, ביי פרויען איז דאס נישט שייך, פרויען פארן נישט קיין אומאן ראש השנה, קען מען דאך בלייבן מיט די משפחה, מיט די עלטערן און שלום על ישראל.


וואס איז די זאך פון גיין צו ברסלב'ע מענטשן וואס זענען פאזעטיוו און זאגן א גאנצן צייט "שכוח אייבערשטער"? צי דען קען מען נישט בלייבן אין שטוב און דאנקען דעם אייבערשטן? מען מוז שטיין נעבן ברסלב'ער מענטשן צו קענען זאגן "שכוח אייבערשטער"?!


געדענקט, ברסלב איז נישט אוועקגיין פון משפחה, ברסלב איז נאר די זאך: דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און זיך פרייען מיט גוטע זאכן וואס מען טוט; דאס קען מען טון ווען מען איז אויסגעמישט מיט די משפחה, און אזוי קען מען גאר מקרב זיין די גאנצע משפחה, אלע זאלן מקורב ווערן.

#43 - ווי אזוי שטארק איך זיך, ווען איך וויל שוין חתונה האבן?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א איז אונז מחזק, וויפיל איך וועל פרובירן זיך צו באדאנקען וועט עס קיינמאל נישט זיין גענוג.


עס גייט דורך א יאר נאך א יאר און איך ווארט שוין אזוי שטארק צו טרעפן מיין שידוך, איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן, אבער ווען איך רעד צו מיינע עלטערן איבער דעם ווייסן זיי נישט וואס איך וויל, איך ווער א חוזק אין שטוב, זיי פארשטייען נישט פארוואס איך וויל נישט ווארטן נאך לענגער און הנאה האבן פונעם לעבן אלס מיידל.


איך דארף חיזוק, צייט גייט נאר מער און מער פאראויס, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען מאכט חוזק פון אייך אין שטוב ווען איר רעדט פון חתונה האבן, מען קען נישט פארשטיין פארוואס איר ווילט חתונה האבן - זאלט איר נישט רעדן מער אין שטוב פון דעם; רעדט נאר צו אייער טאטע - דער הייליגער באשעפער.


דער באשעפער לאכט נישט אויס ווען מען בעט אים אז מען וויל חתונה האבן, דער באשעפער כביכול וויינט מיט, ער שפירט די צער וואס מען גייט אריבער און מען זעט דערנאך א ישועה.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#42 - ווי אזוי קענען מיר האלטן אונזערע חומרות ביי די עלטערן אין שטוב?
כיבוד אב ואם, פסח, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר גייען אי"ה אויף פסח צו מיינע עלטערן, און מיין מאמע קויפט געוויסע עסן פאר די סעודות, וויל איך וויסן וואס מיר זאלן טון ווייל מיין מאן איז מקפיד זיך נישט צו מישן, און ביי מיינע עלטערן איז מען נישט אזוי מקפיד אויף דעם.


אויך ביי מיין משפחה איז מען נישט אזוי מקפיד אויף שמועסן מענער מיט פרויען, וואס זענען די הלכות ביי דעם? מעג איך אריינרעדן און זאגן פאר מיינע עלטערן וואס צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען האט ערליכע עלטערן וואס היטן תורה ומצוות, ווען מען גייט צו זיי - נעמט מען נישט מיט די אייגענע חומרות. אין שטוב קען מען זיך פירן מיט שיינע מנהגים און חומרות, אבער ווען מען גייט צו ערליכע עלטערן שומרי תורה ומצוות - דארף מען געדענקען די מצוה פון כיבוד אב ואם, נישטא קיין שום אנדערע מנהג, קיין שום אנדערע חומרא, נאר די איין מצוה פון כבד את אביך ואת אמך.


מוהרא"ש האט דערציילט, דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו האט געגעסן זופ אום פסח אינאיינעם מיט זיין אלטע מאמע, זיי האבן געגעסן פון איין טעלער. אמאל האט פאסירט, די מאמע האט פארגעסן אז מען בראקט נישט און זי האט אריינגעלייגט שטיקלעך מצה אין טעלער, און צו אלעמענ'ס וואונדער האט דער הייליגער צדיק ווייטער געגעסן פון די זופ, ער האט אוועקגעריקט די שטיקלעך מצה צו איר זייט און ער האט ווייטער געעגעסן די זופ, נאכדעם האט דער צדיק געזאגט: "נישט בראקן איז א חומרא און וויי טון די מאמע, מזלזל זיין אין מצות כיבוד אם - איז א דאורייתא, א חומרא קען נישט אוועקשטופן א דאורייתא".


דערפאר ווען איר גייט צו אייערע עלטערן - זאלט איר זייער אכטונג געבן צו מכבד זיין די עלטערן; אין דעם דארף ליגן דער גאנצער קאפ, 'ווי נאך קען מען מכבד זיין טאטע מאמע'.


בנוגע רעדן און שמועסן וכו'; ביי די עלטערן אין שטוב איז מען א חלק פון די שטוב, ווי אזוי די עלטערן פירן זיך - אזוי פירט מען זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - זאל איך מער נישט גיין באזוכן מיין מאמע?
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, כעס, מניעות, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יעדעס מאל איך גיי ארויף באזוכן מיין מאמע, איך הויב אן רעדן מיט איר, הויבט זי מיר אן צו מוסר'ן און פארהאלטן, זי זאגט מיר ווי שטארק זי איז אנטוישט פון מיר, און אזוי ווייטער, און דאס רעגט מיר זייער שטארק אויף.


לעצטנס בין איך געווען ביי איר, זי האט מיר פארגעהאלטן אויף עטליכע זאכן, איך האב זיך זייער אויפגערעגט און איר געזאגט אז ס'איז א שאד איך האב זיך אנגעהויבן טענה'ן מיט איר, איך האב געהאלטן עפעס אין די האנט און איך עס אראפגעווארפן מיט כעס, איך האב איר געזאגט אז איך מיין אז איך גיי מער קיינמאל נישט ארויפגיין צו איר, איך וויל נישט זיין קיין מחוצף קעגן איר, און יעדעס מאל איך גיי צו איר קומט אויס אז איך בין חוצפה'דיג קעגן איר, און אזוי בין איך ארויס פון איר הויז.


איך ווייס נישט וואס צו טון, ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס דאס פאסירט, יעדעס מאל ווער איז אריינגעצויגן אין ויכוחים מיט איר, ספעציעל וועגן ברסלב. ווען אנדערע מענטשן האלטן מיר פאר וועגן ברסלב, גייט עס מיר נישט אן, אבער ווען זי רעדט צו מיר וועגן דעם, טוט עס מיר זייער וויי, און נאכדעם קריג איך זיך מיט איר.


אפשר זאל איך טאקע אויפהערן גיין צו איר? אדער אפשר זאל איך גיין נאר צו סעודות שבת, וואס דעמאלט איז דא ווייניגער צייט אריינצוגיין אין וויכוחים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני, י"ח אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אוי וויי, ווי קען זיין מען זאל זיך חוצפה'נען צו א מאמע? געוואלד און געשריגן ווי קען א קינד ענטפערן פאר טאטע מאמע?! אז א מאמע זאגט מוסר פארלירט מען זיך? אז א מאמע האלט פאר - מעג מען ענטפערן? אז דיינע עלטערן ווילן נישט דו זאלסט זיין ברסלב - ווערסטו פארלוירן? דו ווייסט וואס מיינט א טאטע מאמע? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "הִשְׁוָה הַכָּתוּב כִּבּוּד אָב וָאֵם לִכְבוֹד הַמָּקוֹם", מען דארף מכבד זיין טאטע מאמע אזוי ווי מען דארף מכבד זיין דעם אייבערשטן; ווי קען זיין א קינד זאל זיך פארלירן און ענטפערן פאר די עלטערן?!


וואס איז בכלל די הוה אמינא מער נישט צו גיין צו דיינע עלטערן? אודאי זאלסטו ווייטער גיין צו זיי, און אז דיין מאמע געבט דיר מוסר זאלסטו איר אויסהערן און איר געבן די געפיל אז דו נעמסט אן וואס זי זאגט דיר. שלמה המלך האט געזינגען דעם גאנצן אשת חיל פאר זיין מאמע נאכדעם וואס זי האט אים געזאגט מוסר. שלמה המלך'ס מוטער האט אים געגעבן שארפע מוסר רייד, זי האט אים געזאגט (משלי לא, ב): "מַה בְּרִי, וּמַה בַּר בִּטְנִי", וואס איז מיט דיר מיין זון - וואס קומט ארויס פון מיר? "וּמֶה, בַּר נְדָרָי", וואס איז מיט דיר מיין זון - וואס איך האב געמאכט אזויפיל נדרים אז איך זאל האבן א קינד וואס וועט זיין א גרויסער צדיק?! קוק די מוסר רייד וואס זי האט אים געזאגט, און וואס האט איר שלמה המלך געענטפערט? ער האט איר געזינגען (שם, י): "אֵשֶׁת חַיִל מִי יִמְצָא", אן ערליכע פרוי איז נישט יעדער זוכה צו געפונען; א מאמע מעג זאגן, און א קינד טאר נישט ענטפערן.


אז דו האסט געווארפן זאכן פון כעס - דארפסטו תשובה טון; ווען מען ווארפט זאכן פון כעס איז דאס אזוי ווי מען ברענגט א קרבן פאר עבודה זרה. דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי האט אונז מגלה געווען וואס טוט זיך אויבן אין הימל (זוהר פרשת פקודי רסג:), עס זענען דא היכלות דקדושה און זה לעומת זה זענען דא היכלות פון טומאה. אין די ערשטע היכל פון טומאה איז דא א ממונה וואס ער איז געשטעלט אויף דעם, אז ווען א מענטש ווערט אין כעס און ער רעדט שלעכטע ווערטער נעמט ער די אלע ווערטער, "וְהָכִי נָמֵי נַטְלֵי כָּל אִלֵּין מִלִּין דְּזָרִיק בַּר נָשׁ בִּידוֹי, כַּד רוּגְזָא שַׁרְיָא עֲלוֹי", אזוי אויך נעמט ער די אלע זאכן וואס א מענטש ווארפט בשעת ער איז אין כעס, "דְּהָא כְּדֵין הַאי מְמָנָא סַפְסִירִיטָ"א נָקִיט הַאי מִלָּה, דְּזָרִיק בַּר נָשׁ בְּרוּגְזֵיהּ, וְסָלִיק וְאָמַר, דָּא הוּא קָרְבְּנָא דִּפְלַנְיָא, דְּקָרִיב לְסִטְרָא דִּילָן", ער טראגט אלעס ארויף אין די היכל הטומאה און ער זאגט דער מענטש האט אונז געברענגט א קרבן.


"בְּגִין דְּכָל סִטְרָא דְּנַיְיחָא, אִיהוּ מִסִּטְרָא דִּימִינָא, וּמִסִּטְרָא דִּמְהֵימְנוּתָא", ווען מען איז רואיג איז א סימן אז מען איז פון די גוטע זייט, עס איז א סימן אז מען האט אמונה, "וְכָל סִטְרָא דְּרוּגְזָא, אִיהוּ מִסִּטְרָא אַחֲרָא בִּישָׁא, סִטְרָא מִסְאֲבָא", און ווען מען איז אין כעס איז א סימן אז מען איז פון די אנדערע זייט, פון די טומאה, "וְעַל דָּא מַאן דְּאַשְׁדֵי מִן יְדוֹי מִדִי בְּרוּגְזָא", דעריבער ווער עס ווארפט א זאך ווען ער איז אין כעס, "כָּל אִלֵּין נַטְלִין לָהּ לְהַאי מִלָּה דְּאִזְדְרִיק, וְסַלְקֵי לָהּ לְעֵילָּא", נעמען די אלע ממונים פון די צד הטומאה די זאכן וואס ער האט געווארפן און טראגן דאס ארויף, "וְאִתְקְרִיב לְהַהוּא סִטְרָא", זיי זענען דאס מקריב פאר די סטרא אחרא, "וְאָמְרֵי דָּא קָרְבְּנָא דִּפְלַנְיָא", זיי זאגן, דאס איז א קרבן פון דעם מענטש, "וְכָרוֹזָא קָארֵי בְּכָל אִינּוּן רְקִיעִין, וְאָמְרֵי", און מען רופט אויס אויבן אין הימל, "וַוי לִפְלָנְיָּא דְּאַסְטֵי בָּתַר אֵל זָר, וּפָלַח לְאֵל אַחֵר", וויי פאר דעם מענטש וואס איז געגאנגען דינען עבודה זרה, "וְכָרוֹזָא קָארֵי זִמְנָא תִּנְיָנָא וְאָמַר (הושע ז, יג) אוֹי לָהֶם כִּי נָדְדוּ מִמֶּנִּי וְגוֹ'", נאכדעם רופט מען אויס נאכאמאל, וויי פאר דעם מענטש וואס איז אוועקגעגאנגען פונעם אייבערשטן, "זַכָּאָה אִיהוּ בַּר נָשׁ, דְּאִסְתְּמַר מֵאָרְחוֹי", וואויל איז דער וואס היט זיך פון די וועג פון די סטרא אחרא, "וְלָא יִסְטֵי לִימִינָא וְלִשְׂמָאלָא", ער גייט זיי נישט נאך נישט רעכטס און נישט לינקס, "וְלָא יִנְפּוֹל בְּגוֹ בֵּירָא עֲמִיקָא, דְּלָא יָכִיל לְסַלְּקָא מִנֵּיהּ", וועט ער נישט פאלן אינעם טיפן אפגרונד, אינעם גיהנום.


אז מען איז דיר מבזה פאר'ן מקורב ווערן צום רבי'ן - איז דאס נאר א כלי צו מקבל זיין פון די הייליגקייט; ווי מער בזיונות מען גייט אריבער ווען מען ווערט מקורב צום צדיק - אלץ מער איז מען זוכה צו מקבל זיין. קוק ווערטער פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת רַבּוֹת וּגְדוֹלוֹת, כְּגוֹן מֵאָבִיו וְאִשְׁתּוֹ וְחוֹתְנוֹ אוֹ מִשְּׁאָר בְּנֵי אָדָם שֶׁמּוֹנְעִים וּמְעַכְּבִים אוֹתוֹ מְאֹד וְכוּ', וְהוּא צָרִיךְ לְהִתְיַגֵּעַ וְלִטְרֹחַ מְאֹד לְשַׁבְּרָם, כָּל אֵלּוּ הַיְגִיעוֹת וְהַטְּרָחוֹת שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת, הֵם טוֹבָה גְּדוֹלָה לְהָאָדָם, כִּי עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה, כִּי עַל יְדֵי הַיְגִיעוֹת שֶׁבַּתְּחִלָּה נַעֲשֶׂה הַכְּלִי, וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווי מער מניעות מען האט ווען מען ווערט מקורב - אלץ מער איז מען זוכה צו מקבל זיין פונעם צדיק; די מניעות זענען כלים לקבל השפע של הצדיק.