שאלה אין קורצן ענין
#7 - מיין חבר'טע איז זייער צעבראכן, אפשר קענט איר געבן אביסל חיזוק?
שידוכים, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל פון לאנדאן, ענגלאנד. און איך בין זיך מחיה מיט אייערע שיעורים אויפ'ן טעלעפאן, ווי אויך מיט די בריוו וועלכע געבן אזויפיל עצות און הדרכה אין לעבן.


איך האב לעצנטס געהאט א מעשה אז א מיידל פון מיין קלאס האט זיך אויסגערעדט איר הארץ פאר מיר אז זי לייד זיך צוזאם זייער שטארק אינדערהיים, אירע עלטערן שרייען גאר אסאך אויף איר, און וויפיל זי טוט נאר פאר זיי, זענען זיי קיינמאל נישט צופרידן. אויך האט זי זיך מיר אפגערעדט אז אירע עלטערן פארשעמען איר זייער אסאך אויף דעם וואס זי איז נישט גענוג דאר, און זיי זאגן איר אז זי וועט קיינמאל נישט קענען טרעפן א שידוך אזוי. זי שפירט ממש ווי אין גיהנום ווען זי איז אינדערהיים.


איך האב ממש רחמנות געהאט אויף איר, וואס זי מאכט נעבעך מיט אזוי סאך, איך האב פרובירט איר מחזק צו זיין, און אזוי ווי איך האב שוין געליינט אסאך בריוו ווי איר זענט מחזק אידישע קינדער, האט איך איר גע'עצה'ט אז זי זאל אייך שרייבן א בריוו, אפשר וועט זי באקומען חיזוק פון אייך, זי האט אבער נישט געוואלט שרייבן, דעריבער שרייב איך אייך דעם בריוו. אפשר קענט איר שרייבן עטליכע ווערטער פאר די מיידל איר מחזק צו זיין אין איר מצב וואס זי גייט אריבער.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר האט איר מחזק געווען, זי האט מיר געשריבן א בריוו.


איך מיין אז איר זאלט פארציילן די מעשה פאר אייער טיטשער אדער מנהלת, אפשר קענען זיי מחזק זיין די מיידל און איר בארואיגן אז זי וועט טרעפן א שידוך און עס איז נישט עק וועלט ווי אזוי זי זעט אויס וכו'. אפשר וועלן זיי רעדן צו אירע עלטערן און זיי אויפמערקזאם מאכן אז זייער טאכטער איז זייער צעבראכן אז מען שרייט אויף איר וכו'.


אז דער אייבערשטער האט געפירט אז זי האט זיך פאר אייך אויסגערעדט איר הארץ וכו' דארפט איר געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא שמות יב, ז): "מִצְוָה הַבָּאָה לְיָדְךָ אַל תַּחְמִיצֶנָּה", אז עס קומט אונטער א מצוה זאל מען עס גלייך טון; דערפאר, אז די מיידל האט גענומען די קוראזש צו רעדן צו אייך, דארפט איר רעדן מיט איר און איר מחזק זיין אז א שידוך האט נישט צו טון ווי אזוי מען זעט אויס וכו', נאר אז א שידוך דארף ווערן וועט זיך דער גאנצע וועלט איבערדרייען אז דער שידוך זאל צושטאנד קומען. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט, אז אמאל מאכט דער אייבערשטער א מלחמה צווישן צוויי לענדער נאר צוליב א שידוך וואס דארף ווערן; ווייל דער חתן וואוינט אין איין מדינה און די כלה וואוינט אין אן אנדערע מדינה און ביידע ווילן נישט זוכן א שידוך אין דער פרעמד, זיי ווילן נאר א שידוך פון זייער לאנד, מאכט דער אייבערשטער א מלחמה וכו' ביז דער שידוך ווערט.


ליידער דרייען זיך ארום נישט איין אזא מיידל צווישן מיידלעך, נאר הונדערטער אדער גאר טויזענטער מיידלעך וואס זענען ביי זיך אין הארץ אזוי צעקלאפט, יעדער מיט זיין מעשה; איינעם טשעפעט מען אז זי איז נישט אזוי דאר, א צווייטן טשעפעט מען אז זי איז נישט אזוי געלונגען ווי די שוועסטער, דער דריטער טשעפעט מען ווייל זי איז נישט אזוי שיין וכו'. איז וואויל פאר א מיידל וואס זוכט אויף די סארט מיידלעך און שפילט מיט זיי, שפאצירט מיט זיי און רעדט מיט זיי. אפילו זיי נאר אויסהערן ווי זיי רעדן זיך אויס, ווייזן מיטלייד און זיי מחזק זיין זיי זאלן זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.

#6 - מיינע עלטערן לאזן מיר נישט האבן א סעלפאון, וואס טו איך?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל פון פופצין יאר, איך הער כסדר אויס אייערע שיעורים און חיזוק יומי, און דאס העלפט מיר אסאך אין לעבן.


איך האב אייך געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך וויל זייער שטארק האבן א סעלפאון, אבער מיינע עלטערן ווילן מיר דאס נישט ערלויבן.


עס שטערט מיר אז מיין ברודער האט שוין געהאט א סעלפאון ווען ער איז געווען פערצן יאר, און פארוואס טאר איך נישט האבן קיין סעלפאון ביי די פופצין.


איך וועל אייך דאנקבאר זיין אויב איר וועט מיר געבן אן עצה וואס צו טון.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ה' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פאלגט אייערע עלטערן; אז זיי זאגן אז איר דארפט נישט קיין סעלפאון ווייסן זיי וואס זיי זאגן. אויב איר וועט זיי פאלגן וועט איר זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און איר וועט האבן נחת פון אייערע קינדער.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, השמטה, תחלת חלק שני): אויפן פסוק (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן וויבאלד ער איז געווען איינער אליינס; ווען א מענטש קוקט נאר אויף זיך, דעמאלט איז ער א גליקליכער מענטש, א צופרידענער מענטש. אז אייערע עלטערן ווילן נישט אז איר זאלט האבן א סעלפאון, פאלגט זיי. אפילו עס שטערט אייך פארוואס אייער ברודער מעג יא האבן וכו'.


אויב מען קוקט אויף זיך דעמאלט איז מען מצליח; אלע פראבלעמען הייבן זיך אן ווען מען קוקט אויף א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב.

#5 - חיזוק אויף כיבוד אב ואם
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים וואס איך הער פון אייך, דאס געבט מיר אסאך חיזוק און עצות אין לעבן.


ספעציעל האב איך גאר שטארק הנאה געהאט פון די שיעור פון דינסטאג שמות, ווען איר האט מחזק געווען און גאר שטארק גערעדט איבער די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון כיבוד אב ואם. הלואי ווען איר קענט רעדן נאך מער פון דעם ענין, ווייל איך קען נוצן אסאך חיזוק אויף דעם.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די גרעסטע מצוה איז כיבוד אב ואם; מיט דעם וואס איר העלפט אין שטוב אייערע עלטערן קויפט איר זיך איין עולם הבא. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְּבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּירוֹתֵיהֶן בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לּוֹ לָעוֹלָם הַבָּא: כִּיבּוּד אָב וָאֵם וְכוּ'"; דער אייבערשטער באצאלט שכר פאר די מצוה פון כיבוד אב ואם סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענע וועלט, און דאס וועט אייך צוריקומען ביי אייערע קינדער; ווייל אזוי ווי מען פירט זיך מיט די עלטערן אזוי וועלן זיינע אייגענע קינדער זיך פירן מיט אים.


איר שרייבט מיר אז איר האט זיך מחי' געווען מיט די דרשה וואס איך האב געגעבן פאר די בחורים ג' שמות וועגן כיבוד אב ואם; וויל איך אייך דערציילן א מעשה וואס איך האב געהאט. איר ווייסט דאך אז פרעמדע מענטשן קומען ארויף צו די שיעורים; נעכטן איז געזיצן ביים שיעור א איד מיט א ווייסע בארד, במשך דעם גאנצן שיעור איז ער געזיצן מיט זיין קאפ איינגעבויגן אויף אראפ, און איך האב נישט געוואוסט צי ער הערט בכלל אויס דעם שיעור. נאכן שיעור קומט ער צו צו מיר מיט טרערן אין די אויגן און פרעגט מיר: "וואס זאל איך טון אז איך האב מצער געווען מיינע עלטערן זייער גאנץ לעבן, נישט סתם מצער געווען נאר זיי אויפגעגעסן דאס געזונט?!" איך האב אים גארנישט געענטפערט, אבער איך האב געזען מיט די אויגן וואס מוהרא"ש זאגט: "ווי אזוי מען פירט זיך צו די עלטערן, אזוי וועלן זיך די קינדער פירן צו דיר"; דער איד איז היינט איינער אליין, זיינע קינדער ווילן נישט וויסן פון אים, זיין ווייב האט אים אויך איבערגעלאזט - א גאנצע מעשה באריכות; נעכטן האב איך באקומען א תירוץ אויף מיין קשיא וואס איך האב שוין יארן אויף דעם איד. איך פלעג זיך וואונדערן: 'וואס האט דער מענטש חוטא געווען, אז עס לויפן אים נאך די נישט גוטע?!' נאך דעם שיעור פון כיבוד אב ואם האט ער אליינס מיר דאס פארענטפערט.


דער רמב"ם זאגט (פרק ה' מהלכות ממרים, הלכה טו): "איינער וואס פארשעמט זיין טאטע אדער מאמע, אפילו בלויז מיט ווערטער, און אפילו נאר דורך ווינקען, איז ער פארשאלטן פונעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (דברים כז, טז): "אָרוּר מַקְלֶה אָבִיו וְאִמּוֹ", פארשאלטן זאל זיין דער וואס פארשעמט זיין טאטע אדער מאמע, אפילו איינער איז מבזה זיינע עלטערן נאר ברמיזה"; נאך ווערט געברענגט אין ספר חרדים (פרק ט, סימן לה): "אפילו איינער לאכט אפ פון זיינע עלטערן ביי זיך אין הארץ, איז ער שוין אויך בכלל 'אָרוּר מַקְלֶה אָבִיו וְאִמּוֹ'".


עס שטייט אין די תורה (ויקרא א, ב): "אָדָם כִּי יַקְרִיב מִכֶּם קָרְבָּן"; מוהרא"ש זאגט אז "מִכֶּ"ם" איז די ראשי תיבות מִ'דָּה כְּ'נֶגֶד מִ'דָּה. די וועלט איז נישט הפקר, נאר ווי אזוי א מענטש פירט זיך צו זיינע עלטערן וועט ער צוריק באקומען פון זיינע קינדער מיט פראצענט.


נאכדעם וואס דער איד האט מיר דאס פארציילט האב איך פארשטאנען פארוואס ער איז געזיצן א גאנצן שיעור מיטן קאפ אראפ; ער האט די ערשטע מאל אין לעבן געהערט א תירוץ פארוואס זיינע קינדער ווילן נישט רעדן צו אים, עס איז אים פארענטפערט געווארן פארוואס ער איז אזוי פארוואגעלט השם ישמרינו.


דערפאר זאלט איר וויסן אז אשרי חלקך אז איר זענט מכבד אייערע עלטערן און איר העלפט אין שטוב; אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו עסן די שכר אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.

#4 - מיינע עלטערן זענען צעטיילט, איך דארף חיזוק
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי דער אייבערשטער שיקט פראבלעמען פאר יעדן מענטש, אזוי אויך האט דער אייבערשטער געשיקט א פראבלעם פאר אונזער משפחה. אונזער טאטע איז ליידער אוועק פון אידישן דרך, און אזוי ווי ס'איז געווען זייער שווער פאר אונזער משפחה האבן מיין טאטע און מאמע מחליט געווען אז זיי גייען וואוינען אין אנדערע הייזער, און פאר דערווייל שלאפן מיין מאמע און טייל פון מיינע געשוויסטער און איך ביי מיין באבע, און מיר גייען אפאר מאל צו מיין טאטע אינדערהיים.


טייערער ראש ישיבה, איך פיל ווי איך טראג נישט אריבער די צער, איך בעט דיר אז דו זאלסט מיר צוריקשרייבן א בריוו מיט גוטע עצות פון רבי'ן, איך זאל זיך קענען מחזק זיין און דערהאלטן.


ברוך ה' אז איך האב דעם אייבערשטן און מיין מאמע וואס פארשטייען מיר און העלפן מיר ארויס ווען איך האב א פראבלעם, און אויך האב איך א ראש ישיבה וואס איז מיר מחזק מיט די לימודים פון רבי'ן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


אן עלף יעריג אינגל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ... ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען איך האב געליינט דיין בריוו האב איך געוויינט; און ווען איך דערמאן זיך נאר פון דיין בריוו וויין איך.


איך בין נעכטן נאכט ארויס געפארן קיין קרית יואל - מאנרא געבן א שיעור אין בית המדרש היכל הקודש, דערנאך בין איך ארויף געגאנגען צום ציון פון רבינו הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, איך האב דארט געזאגט דעם יום תהילים, און נאכדעם האב איך פארגעליינט דיין בריוו מיט הייסע טרערן פארן אייבערשטן, אזוי ווי חזקיהו המלך האט געטון מיט די בריוו וואס ער האט באקומען וכו', אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו לז, יד): "וַיִּקַּח חִזְקִיָּהוּ אֶת הַסְּפָרִים וגו', וַיִּפְרְשֵׂהוּ חִזְקִיָּהוּ לִפְנֵי ה'", חזקיהו איז געגאנגען אין בית המקדש און פארגעליינט די בריוו און דאס געוויזן פארן אייבערשטן; איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן וואס גיין אריבער צער און ווייטאג.


דיין צער וואס דו גייסט אריבער איז שרעקליך; עס טוט דיר זייער וויי אז דיינע עלטערן האבן זיך צעטיילט וכו', עס רייסט דיר דיין הארץ אז דיין טאטע וויל זיך נישט פירן אידיש און היטן תורה ומצוות, עס ווייטאגט דיר אז די גאנצע משפחה איז צעריסן געווארן וכו'. אין דיין בריוו שרייבסט מיר: "טייערער ראש ישיבה, איך שפיר ווי איך טראג עס נישט איבער..." וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ... ני"ו, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, איך וויין מיט מיט דיר.


איך וויל דיר מחזק זיין טייערער ... ני"ו; וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליין, און מען טאר נישט האבן קשיות אויפן אייבערשטן. מען דארף אסאך חזר'ן די ווערטער: "מיר ווייסן גארנישט"; "מיר ווייסן איין זאך, אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און ער טוט וואס עס איז גוט פאר אונז"; מיר קענען איין זאך טון, מיר קענען בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער וואס מוטשען זיך - יעדער איינער מיט זיינע צרות וכו'.


וויסן זאלסטו טייערער ... אז מען דארף גלייבן אין תפילה; מען דארף גלייבן אז מיט תפילה קען מען אלסדינג פועל'ן. דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויפן אונזער דור, ער האט אראפגעשיקט דעם רבינ'ס נשמה ער זאל אונז מחזק זיין און פרייליך מאכן. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; אז א מענטש זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים.


ווען א מענטש רעדט זיך אויס צום אייבערשטן, און בפרט ווען א מענטש וויינט צום אייבערשטן, דעמאלט קומט דער אייבערשטער און נעמט אן יעדע איינציגסטע טרער, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש אויפן פסוק (שמות ב, ו): "וְהִנֵּה נַעַר בֹּכֶה, וַתַּחְמֹל עָלָיו, וַתֹּאמֶר מִיַּלְדֵי הָעִבְרִים זֶה", זאגט דער זוהר הקדוש (שמות יב:): "דְּלֵית לָך תַּרְעָא, דְּלָא עָאלִין אִינּוּן דִּמְעִין", ווען א מענטש וויינט צום אייבערשטן גייען ארויף די טרערן גלייך צום אייבערשטן, קיין שום טיר איז נישט פארמאכט פאר א מענטש וואס קומט צום אייבערשטן און וויינט זיך אויס צו אים, און זאגט: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, איך בין אזוי צעבראכן, איך בין נאך א קליין קינד און איך דארף א טאטע מיט א מאמע; הייליגער באשעפער, איך בעט דיר, עס איז מיר אזוי שווער אז מיין משפחה איז צעריסן, העלף מיין טאטע זאל תשובה טון. מאך מיר פרייליך, העלף מיין מאמע אז זי זאל האבן כח מחנך צו זיין די קינדער אויפן דרך התורה, העלף מיר איך זאל זיין שטארק מיט די תורה, איך זאל אייביג זיין אן ערליכער איד, איך זאל אייביג היטן שבת, איך זאל מיר פרייען מיט מיין פיאות, און איך זאל זיין שטאלץ מיט מיין ציצית", זאגט דער זוהר הקדוש, ווען דער אייבערשטער זעט ווי א איד וויינט צו אים, זאגט דער אייבערשטער: "אלע גזירות זאל מען צערייסן", ער האט רחמנות אויף אים און העלפט אים ארויס אין זיין צרה.


דערפאר בעט איך דיר, פאלג דעם רבי'ן; גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, פארצייל אים אלע דיינע מחשבות, פארצייל אים אז דו ווערסט פארטראכט און דו קענסט נישט מיט האלטן אין חדר אזוי ווי אמאל. האב נישט מורא צו וויינען, עס איז זייער גוט און געזונט צו וויינען אביסל יעדן טאג פארן אייבערשטן. שטארק דיר און גלייב אינעם אייבערשטן, גלייב אז דער אייבערשטער וועט העלפן אז אלע אידן וועלן תשובה טון וכו'.


אז דו וועסט גוט קוקן וועסטו זען אז עס איז מיט גרויסע חסדים; מיט אלע שוועריקייטן וואס דו האסט, האט דער אייבערשטער דיר געמאכט א גרויסע נס אז דו האסט א טייערע מאמע תחי' וואס זי העלפט דיר און זי פארשטייט דיר, אזוי ווי דו אליינס שרייבסט מיר אין דיין בריוו אז דו דאנקסט דעם אייבערשטן פאר דיין מאמע וכו'.


אויף דעם וואס דיין טאטע פירט זיך נישט אידיש רחמנא לצלן, זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דיין טאטע זאל זיך צוריקקערן צום אייבערשטן מיט אלע אידישע קינדער וואס זענען נעבעך אוועק געפאלן, דורך תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


די פאר מאל וואס דו גייסט צו דיין טאטע זאלסטו זיך אויפירן צו אים מיט דרך ארץ; דו דארפסט אים מכבד זיין, ווייל אזוי זאגט דער אייבערשטער. אבער אויב ער הייסט דיר חס ושלום מחלל שבת זיין, טארסטו אים נישט צוהערן. דער זעלבער אייבערשטער וואס זאגט אז מיר דארפן מכבד זיין טאטע מאמע ער זאגט אויך אז אויב דער טאטע הייסט מחלל שבת זיין טאר מען נישט צוהערן.


דו זאלסט זיין שטארק ווי א לייב נישט אוועק צו גיין פון די תורה, ווייל אז מען לאזט אפ די תורה, האט מען נישט קיין לעבן - נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענע וועלט.


די אלע וואס גייען אוועק פונעם דרך התורה זענען נעבעך זייער צעקלאפטע מענטשן; זיי מיינען אז מען קען נישט זיין פרייליך ווען מען איז א איד, זיי מיינען אז דער גוי לעבט א בעסער לעבן ווי דער איד, דערפאר לאזן זיי אפ די תורה, השם ישמרינו. דער אמת איז אבער, אז אויב מען היט נישט די תורה, מען פירט זיך נישט אזוי ווי דער אייבערשטער האט אונז געהייסן, דעמאלט האט מען נישט קיין לעבן; דאס לעבן ווערט נעבעך אויס, מען פארלירט אלעס און מען בלייבט איינער אליין, מען האט נישט נישט דער וועלט און נישט יענע וועלט.


איך פריי מיר זייער אז דו האסט מיר געשריבן א בריוו, און איך וויל אז דו זאלסט מיר שרייבן יעדן טאג א בריוו, לכל הפחות איין מאל א וואך, און איך וועל דיר מחזק זיין מיט די עצות וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן.


הצלחה רבה.

#3 - נאך די חתונה דארף מען אפלאזן די עלטערן?
שלום בית, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בין איך א חתן געווארן למזל טוב, און מיר גרייטן זיך מיט פרייד צו די חתונה בשעה טובה ומוצלחת.


איך האב געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה קען מיר ערקלערן פשט אינעם פסוק "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ", למעשה בין איך נאך יונג, איך דארף נאך צוקומען צו די הילף און הדרכה פון מיינע עלטערן, וואס איז פשט פון דעם אז נאך די חתונה דארף מען אפלאזן די עלטערן און זיך באהעפטן נאר צו די ווייב?


יישר כח פאר אייער צייט.


שלמה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלמה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, ערליכע אידישע דורות, אמן.


יעדעס מאל ווען עס איז געווען א שבע ברכות אין ישיבה, פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה ארום רעדן פון דעם פסוק וואס די תורה זאגט (בראשית ב, כד): "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ", לכאורה איז שווער, ווי קען מען זאגן פאר חתן כלה זיי זאלן אפ זייערע עלטערן ווען די גרעסטע מצווה איז כיבוד אב ואם, חכמינו זכרונם לברכה רופן אן די מצווה פון כיבוד אב ואם (ירושלמי פאה א, א) "חֲמוּרָה שֶׁבַּחֲמוּרוֹת", אויב אזוי וואס איז פשט אז מען זאגט פאר חתן כלה לאזט אפ אייערע עלטערן? נאר דאס מיינט מען צו זאגן, מען זאל נישט אריין מישן די עלטערן אינעם לעבן. יעדע חתן כלה, ווען מען האט חתונה, נעמט אביסל צייט ווי לאנג מען ווערט פאראייניגט, ווייל יעדער איינער קומט פון אן אנדערע סארט שטוב, סיי די חתן סיי די כלה קומען מיט אנדערע סארט מנהגים, אנדערע קפידות, אנדערע געפירעכצער, און עס נעמט צייט ווי לאנג מען ווערט פאראייניגט, און מען ווערט לבשר אחד.


א פאר-פאלק דארף וויסן ""עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ" - מיש נישט אריין דיינע עלטערן אין דיין לעבן, רעד זיך נישט אפ פאר זיי. אמת, זאכן דארפן זיך מסדר זיין, אבער עס נעמט צייט. מיש נישט אריין דיינע עלטערן, קרעכץ נישט צו זיי, פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטס, מען ברענגט זיי נאר נחת. און אפילו ווען עפעס דרוקט, דאס הייסט, מען קומט זיך נישט אויס איינער מיטן צווייטן, עס איז דא חלוקי דעות צווישן מאן און ווייב, איז נישט גוט דאס צו דערציילן פאר די עלטערן. די עלטערן האבן שוין גענוג געהאט אין זייער לעבן, זיי זענען שוין גענוג אריבער וכו', יעצט איז זייער צייט צו שעפן נאר נחת.


אויב עס איז דא חלוקי דעות וכו', גייט מען צו אן ערליכער איד, ער זאל מחזק זיין דעם פאר-פאלק, און זיי ווייזן ווי אזוי מען קען לעבן בזה העולם אין גן עדן וכו'.


ווען חתן כלה האבן חתונה דארפן זיי זייער אכטונג געבן ווייטער מכבד צו זיין זייערע עלטערן. היינט איז זייער גרינג צו מקיים זיין כיבוד אב ואם, אפילו ווען מען וואוינט אין אן אנדערע שטאט פון די עלטערן קען מען זיי רופן יעדן טאג און שמועסן מיט זיי אויפן טעלעפאן.


איך האב געהערט פון תלמידים וואס האבן געלערנט יארן לאנג ביי מוהרא"ש, אז די ערשטע זאך נאך שחרית פלעגט מוהרא"ש רופן זיין טאטע, דאס איז געווען די ערשטע זאך ביי מוהרא"ש.


מען דארף נאר וויסן ווי אזוי צו רעדן צו עלטערן; פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטע זאכן, מען באדאנקט זיך פאר זיי, מען דערציילט ווי שיין דער לעבן איז, ווי גוט אלעס איז וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, אמן.


א פרייליכן שבת.


 


 

#2 - מיין ברודער האט אוועק געגליטשט, ווי אזוי קען איך העלפן מיינע עלטערן?
כיבוד אב ואם, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א ברודער וואס האט ליידער אוועק געגליטשט פון אידישן וועג, און מיינע עלטערן האבן גאר אסאך צער פון דעם, דאס הרג'ט זייער לעבן, וואס קען איך טון זיי צו העלפן לינדערן זייער אומגעהויערע צער?


יישר כח פאר אלעס.


דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז זייער אסאך משפחות גייען אריבער דאס וואס איר גייט אריבער, עס פאלן ליידער אוועק זייער אסאך בחורים און מיידלעך פון ערליכע שטובער, און עלטערן ווערן אויפגעגעסן פון גרויס צער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין פסחים נד:): "גְזֵירָה עַל הַמֵּת שֶׁיִּשְׁתַּכַּח מִן הַלֵּב", דער אייבערשטער האט געמאכט אז ווען א מענטש ווערט נפטר ווערט דאס פארגעסן פון הארצן, אבער ווען א מענטש גייט אוועק פון דרך התורה והמצוות, ער לעבט, נאר זיין נשמה איז נעבעך בבחינת מת, דאס קען מען נישט פארגעסן. עלטערן עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט, ביז עס איז דא נעבעך עלטערן וואס גיין אראפ פון זינען פשוט כמשמעו, השם ירחם.


דאס וואס איר פרעגט וואס איר קענט טון צו העלפן אייערע עלטערן זיי זאלן זיך נישט אזוי מצער זיין אויף אייער ברודער, וואס איז נעבעך אוועק פונעם דרך התורה והמצוות; צוויי זאכן קענט איר טון, איינס – אויפבויען אייער שטוב, זייט מחנך אייערע קינדער, געבט זיי ווארעמקייט און ליבשאפט, זיי זאלן אויסוואקסן געזונטע ערליכע אידן, אויך זאלט איר אריבער גיין מיט די קינדער צו אייערע עלטערן פון צייט צו צייט. דאס וועט זיי צוגעבן א שטיק געזונט, זעענדיג ווי עס ציט זיך פון זיי שיינע דורות. צווייטנס - איר זאלט אסאך מתפלל זיין פאר אייער ברודער, ווייל תפילה איז למעלה מדרך הטבע, תפילה איז למעלה מן השכל. דער 'שכל' זאגט אז עס איז שוין נישט דא וואס צו טון, אבער תפילה איז למעלה מן השכל, מיט תפילה קען מען יא טון, מען קען יא זוכה זיין צו א ישועה.


די 'טבע' זאגט אז דאס איז עס, מען קען גארנישט טון, קומט תפילה און זאגט אז מען קען יא צוריקברענגען אייער ברודער. דערפאר האט דער הייליגער רבי גערעדט אזוי פיל פון תפילה, ווייל תפילה איז מגלה אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט, נאר דער איין איינציגסטער באשעפער. תפילה איז מגלה אז עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה מזל. תפילה איז מחבר א מענטש צום אייבערשטן, דאס קענט איר טון פאר אייערע עלטערן און פאר אייער ברודער.


אויך זאלט איר רופן אייער ברודער צו שבת סעודות; איך האב געהערט פון אינגעלייט וואס זענען געווען אריין געכאפט אין די מחלה פון דראגס (סמים) און זענען זיי ברוך השם ארויס דערפון, היינט פארציילן זיי וואס עס איז געווען די איינציגסטע זאך וואס האט זיי צוריק געברענגט, אז זייערע חתונה געהאטע געשוויסטער פלעגן זיי שיקן בילדער פון זייערע קינדער, זיי פלעגן גיין צו זייערע געשוויסטער שמועסן און זיך שפילן מיט די קליינע קינדער, דאס האט זיי געמאכט טראכטן אלעס אפצולאזן און צוריק קומען צום דרך התורה כדי זיי זאלן אויך האבן א שטוב מיט קינדער, זייער מחשבה האט זיי געפייניגט 'קוק די ברודער און שוועסטער, ווי שיין זייער לעבן איז, קער זיך צוריק צום אייבערשטן'. נאך לאנגע יארן האבן זיי טאקע אלעס איבערגעלאזט און זיך צוריק געקערט צום דרך התורה והמצות.


איך האב אויך געהאט מעשיות וואס אינגעלייט האבן מיר דערציילט, אז ווען זיי זענען געווען אין ישיבה האבן זיי שוין געוואלט אלעס אפלאזן, איין זאך האט זיי אפגעהאלטן פון אנטלויפן, ווען זיי פלעגן עסן שבתים ביי מיר און ביי אנדערע ברסלב'ער חברים, זיי האבן געזען א שיינע געשמאקע שטוב וואו דער טאטע און מאמע זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן וכו', דאס האט געמאכט זיי זאלן זיך גוט בארעכענען און נישט אנטלויפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער ברודער זאל זוכה זיין צו תשובה שלימה און זיך צוריקקערן צום דרך התורה והמצות.


 


 

#1 - איך וויל זוכה זיין צו קינדער, זאל איך נאכאמאל פארן קיין אומאן?
אומאן, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

To Rosh Yeshiva Hagaon Rabbi Roth Shlita,


 I would like to thank the Rosh Yeshiva for putting your shiurim online. I regularly listen to them and they give me a lot of chizuk. Listening to the shiurim has helped me to learn a lot more than before and also to start shenayim mikro which I had stopped due to being unable to finish it on Friday and shabbos. Boruch Hashem I have been zoche to finish shisho Sidrei Mishneh due to the way the Rosh Yeshiva gave in one of the shiurim chasdei hashem.


I have been married for 13 years and have done all types of segulos but not yet been gebentched with children. 2 years ago I went to Uman for Rosh Hashono and this year I went with my wife to Meiron on Lag Beomer but so far I have not seen a yeshuo.


I cannot decide if I should go back to Uman for Rosh Hashono or not so I would like to know if the Rosh Yeshiva can help me decide what to do.


Hatzlocho rabo


Thank you again


Yakov

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח): "פַּעַם אַחַת הָיִיתִי עוֹבֵר מִמָּקוֹם לְמָקוֹם, וּמְצָאֲנִי אָדָם אֶחָד, וְאָמַר לִי: רַבִּי, מִפְּנֵי מַה בַּעֲלֵי בַּתִּים שֶׁל יִשְׂרָאֵל נֶעֱצָרִים עַל בָּנִים מִהְיוֹת לָהֶם?" אליהו הנביא האט דערציילט, איך בין אמאל געווען אונטערוועגנס, און א מענטש האט מיר באגעגנט און מיך געפרעגט א שטארקע קשיא: 'פארוואס זעען מיר אז אסאך ערליכע אידישע פרויען האבן נישט קיין קינדער?' "אָמַרְתִּי לוֹ: בְּנִי, מִפְּנֵי שֶׁהַקָּבָּ"ה אוֹהֵב אוֹתָם אַהֲבָה גְּמוּרָה וְשָׂמֵחַ בָּהֶן, לְפִיכָךְ מְצָרְפָם כְּדֵי שֶׁיִּרְבּוּ רַחֲמִים לְפָנָיו", האב איך אים געענטפערט: ווייל דער אייבערשטער האט זיי זייער שטארק ליב, און ער פרייט זיך מיט זיי, מאכט ער אז זיי זאלן נישט האבן גלייך קינדער, אזוי וועלן זיי אסאך בעטן דעם אייבערשטן, "וְאָמַר לִי: רַבִּי, לֹא כֵן הוּא, אֶלָּא מִפְּנֵי שֶׁיֵּשׁ לָהֶם טִינָא בִּלְבָבָם, וְנוֹשְׂאִין הַרְבֵּה נָשִׁים שֶׁלֹּא לְשֵׁם פְרִיָה וּרְבִיָּה", האט דער מענטש מיר געזאגט: עס איז נישט וועגן דעם, נאר עס איז ווייל דער אייבערשטער האט זיי פיינט, וויבאלד זיי האבן נישט חתונה לשם שמים וכו', "וְאָמַרְתִּי לוֹ: בְּנִי, הַרְבֵּה בַּעֲלֵי בַּתִּים יֶשׁ לָנוּ וְחֲמוּדִים הֵם, וְאֵין לָהֶם אֶלָּא אִשָׁה אַחַת, וְאַף עַל פִּי כֵן הֵן נֶעֱצָרִים עַל בָּנִים מִהְיוֹת לָהֶם", האב איך אים געזאגט אז עס איז נישט אזוי, עס איז דא אסאך ערליכע אידן וואס האבן חתונה פארן אייבערשטנ'ס וועגן, און מיט דעם ווארטן זיי אויף קינדער, "וְתֵדַע לְךָ שֶׁכֵּן הוּא, צֵא וּלְמַד מֵאַבְרָהָם אָבִינוּ וְשָׂרָה אִמֵּנוּ שֶׁהָיוּ עֲקָרִים שִׁבְעִים שָׁנָה וְחָמֵשׁ שָׁנִים, וְהִרְבּוּ רַחֲמִים עַד שֶׁבָּא יִצְחָק וְשִׂמְּחוּ בּוֹ", א ראי' האסטו – זאגט אליהו הנביא - פון אברהם אבינו און שרה אמנו, וואס זיי האבן געווארט לאנגע יארן פאר קינדער, ביז דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן און זיי האבן געבוירן יצחק, "וְכֵן צֵא וּלְמַד מִן יִצְחָק וְרִבְקָה שֶׁהָיוּ עֲקָרִים עֶשְׂרִים שָׁנָה, וְהִרְבּוּ רַחֲמִים עַד שֶׁבָּא יַעֲקֹב וְשִׂמְּחוּ בּוֹ", נאך א ראי' האסטו פון יצחק און רבקה, וואס זיי האבן געווארט אסאך יארן אויף קינדער, און זיי האבן אסאך געדאוונט צום אייבערשטן ביז זיי האבן געבוירן יעקב, "וְכֵן צֵא וּלְמַד מֵרָחֵל שֶׁהָיְתָה עֲקָרָה אַרְבַּע עֶשְׂרֵה שָׁנָה מִשְּׁנֵי יְלָדִים, וְהִרְבְּתָה רַחֲמִים עַד שֶׁבָּאוּ שְׁנֵיהֶם לָהּ וְשָׂמְחָה בָּהֶן", נאך זעט מען ביי רחל וואס זי האט געווארט אסאך יארן אויף קינדער, און זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן ביז זי איז געהאלפן געווארן און געבוירן אירע צוויי קינדער, "וְכֵן צֵא וּלְמַד מֵחֲנָה שֶׁהָיְתָה עֲקָרָה תְּשַׁע עֶשְׂרֵה שָׁנָה וְשִׁשָּׁה חֳדָשִׁים, וְהִרְבְּתָה רַחֲמִים עַד שֶׁבָּא שְׁמוּאֵל לָהּ וְשָׂמְחָה בּוֹ", און אויך זעט מען ביי חנה - די מאמע פון שמואל הנביא וואס זי האט אויך געווארט אסאך יארן אויף קינדער, און זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן, ביז זי איז געהאלפן געווארן און געבוירן שמואל הנביא, "אֶלָּא עַל כָּרְחֲךָ צָרִי אַתָּה לִתְּפוֹס בְּיָדְךָ מִידָה הָרִאשׁוֹנָה שֶׁאָמַרְתִּי לְךָ מִתְּחִלָּה, מִפְּנֵי שֶׁהַקָּבָּ"ה אוֹהֵב אוֹתָם אַהֲבָה גְּמוּרָה וְשָׂמֵחַ בָּהֶן, לְפִיכָ מְצָרְפָן כְּדֵי שֶׁיִּרְבּוּ בְּרַחֲמִים לְפָנָיו"; זעט מען פון דא – פירט אויס אליהו הנביא – אז דאס וואס מען זעט אז א מענטש ווארט לאנג אויף קינדער, איז ווייל דער אייבערשטער ווארט צו הערן זייער קול, אז מען בעט אים.


איך ווייס אז דו האלטסט עס שוין נישט אויס, און דו האסט שוין געמיינט אז דו וועסט שוין האבן א קינד; בפרט אז דו האסט געטון סגולות וואס צדיקים האבן צוגעזאגט, און בפרט אז דו ביסט געפארן קיין מירון צו רבי שמעון בר יוחאי, אזוי אויך ביסטו געווען ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה, און דו פרעגסט 'וואו איז מיין קינד?'


וויסן זאלסטו אז מען דארף אויסווארטן אויף די ישועה, אז דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן וועסט זוכה זיין צו א שיינע שטוב מיט קינדער; דו האב נאר סבלנות און נאר וויין צום אייבערשטן. מען זעט אין די תורה אז לאה האט חתונה געהאט מיט יעקב אבינו און געהאט די מערסטע קינדער מיט יעקב - מער פון די אנדערע ווייבער, ווייל זי האט געבעטן און אסאך געוויינט צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (בראשית כט, יז): "וְעֵינֵי לֵאָה רַכּוֹת", פון אסאך וויינען.


דאס וואס דו בעטסט מיר אז דו ווייסט נישט אויב זאלסט קומען קיין אומאן אויף ראש השנה צי נישט, און דו ווילסט אן עצה; וואס איז בכלל די שאלה, ווער דען אויב נישט דו דארף קומען אויף אומאן צום רבינ'ס ראש השנה; ראש השנה משפט מען דעם מענטש וואס גייט זיין מיט אים דעם קומענדיגן יאר, ראש השנה שרייבט מען אפ אלעס וואס וועט פאסירן מיטן מענטש, אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען: "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יִכָּתֵבוּן, וּבְיוֹם צוֹם כִּפּוּר יֵחָתֵמוּן, כַּמָּה יַעַבְרוּן וְכַמָּה יִבָּרֵאוּן, מִי יִחְיֶה וּמִי יָמוּת, מִי בְקִצּוֹ וּמִי לֹא בְקִצּוֹ, מִי בָאֵשׁ וּמִי בַמַּיִם, מִי בַחֶרֶב וּמִי בָרָעָב, מִי בָרַעַשׁ וּמִי בַמַּגֵּפָה; נאכמער האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תסו) אז ווען דער חזן זאגט מִי, וּמִי, וּמִי, דארט איז מרומז אלעס וואס עס שטייט נישט אויסגערעכנט אינעם פיוט פון ונתנה תוקף; פרעג איך דיר, אז מיר האבן א צדיק פון צוויי הונדערט יאר צוריק וואס האט געהייסן קומען צו אים, און ער האט צוגעזאגט אז ער וועט העלפן דעם מענטש מיט וואס ער קען - וואס איז בכלל די ספק?! א מענטש וואס האט שכל קוקט נישט אויף קיינעם, נאר ער פארט צום רבי'ן אויף ראש השנה.


איך פרעג דיר, אז דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ, תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי"; דער גאנצער וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה. נישט נאר איר - מיינע תלמידים - זענט אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאר דער גאנצער וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל, וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה - אִישׁ לֹא יֵעָדֵר, כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה. וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו - יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ. וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד "אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", וְזֶה נֶאֱמַר עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, און עס איז מיר א וואונדער, פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה. דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז אז אלע זאלן קומען צו אים אויף ראש השנה; נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר.


וויסן זאלסטו אז די אלע טויזנטער אידן וואס קומען צום רבי'ן, קיינער קומט נישט גרינגערהייט, נאר יעדער איינער קומט מיט מסירות נפש; נאר וואס דען, אז דער רבי האט געהייסן קומען, קומט מען אן קיין קשיות.


עַתָּה לְכִי אִיעָצֵךְ נָא עֵצָה, וּמַלְּטִי אֶת נַפְשֵׁךְ; קויף דיר א טיקעט און קום צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, און ווען דו וועסט זיין אין אומאן זאלסטו נישט פארברענגען קיין צייט מיט שטותים והבלים. גיי נישט צו קיינעם, און קוק נישט אויף קיינעם, אין אומאן איז נישט דא וואס צו טון - חוץ פון זיצן ביים הייליגן רבינ'ס ציון און וויינען צום אייבערשטן און זיך בעטן פאר א גוט יאר; א יאר מיט ברכות, א יאר מיט ישועות און א יאר מיט אלעס גוטס.


ר' אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה פלעגט זאגן: "ביים ציון, אויב מען עקשנ'ט זיך, קען מען אלעס פועל'ן"; זיץ ביים ציון און בעט אסאך דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא מיט אלע אידן וואס ווארטן אויף זייער ישועה.


אודאי אין אנהייב איז זייער שווער, אבער אז מען איז אן עקשן און מען לאזט נישט אפ די זאך פון התבודדות, אפילו מען שפירט גארנישט, אדרבה - מען שפירט ווי קיינער דארף מיך נישט, אבער אז מען עקשנ'ט זיך, און מען גייט יעדן טאג אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און מען שמועסט זיך אויס דאס הארץ מיטן אייבערשטן, איז מען זוכה צו האבן א חיים טובים; מען שפירט א קרבת אלקים, וואס דוד המלך זאגט אויף דעם (תהלים עג, כח): "וַאֲנִי קִרֲבַת אֱלֹהִים לִי טוֹב", ווען איך שפיר א נאנטקייט צום אייבערשטן איז מיר גוט; איך דארף שוין גארנישט.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן פונעם הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו, אז מען פלעגט הערן ווי ער זאגט תהילים מיט אזא זיסקייט; איינמאל האט מען געהערט ווי ער זאגט דעם פסוק (תהלים עג, כה): "מִי לִי בַשָּׁמָיִם, וְעִמְּךָ - לֹא חָפַצְתִּי בָאָרֶץ", האט ער אזוי געזאגט: "מִי לִי בַשָּׁמָיִם" וועם האב איך אין הימל - אלע זענען אנקעגן מיר, אבער "וְעִמְּךָ", אז איך האב דיר אייבערשטער, "לֹא חָפַצְתִּי בָאָרֶץ", דארף איך שוין נישט קיינעם; האט ער געזינגען מיט א בענקשאפט: "רבונו של עולם, איך דארף נישט דיין עולם הזה, איך דארף נישט דיין עולם הבא, איך דארף נישט קיינעם - נאר דיר הייליגער באשעפער אליין".


צו דעם דארף א מענטש צוקומען - אז ער זאל קיינעם נישט דארפן און גארנישט וועלן, און קיינעם נישט מקנא זיין, נאר דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.