שאלה אין קורצן ענין
#16 - וואס טוט מען אז די משניות ברענגט אריין שלעכטע געדאנקען?
התחזקות, תהלים, לימוד התורה, תשובה, משניות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך זאג ברוך ה' משניות, איך האב אבער א פראבלעם אז עס קומט מיר כסדר אריין אינמיטן זאגן משניות אלע סארט צעדרייטע מחשבות און געדאנקען; אסאך ווערטער וואס איך זאג אין די משניות, דערמאנען מיט שלעכטע זאכן וואס מאכן מיר נישט גוט אויפ'ן הארץ; זאל איך ווייטער זאגן משניות?


געווענליך עפן איך נאכדעם א שיחות מוהרא"ש, און נאר דאס בארואיגט מיר, זאל איך ווייטער לערנען משניות און נאכדעם עפענען א שיחות מוהרא"ש, אדער זאל איך אויפהערן לערנען משניות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מצורע, ב' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... טייערער


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו ממשיך זיין צו לערנען משניות, נאר דאס וועט דיר ראטעווען, עס וועט דיר אויסהיילן, עס וועט דיר רייניגן; משניות איז משנה דעם מענטש אינגאנצן, מן הקצה אל הקצה.


וועסט זען אן אינטערעסאנטע זאך, דיקא ביים לערנען משניות וועט דיר אריינקומען אלע צעדרייטע מחשבות, אלטע מעשים וכו' וואס דו האסט געטון און וואס מען האט געטון מיט דיר רחמנא לצלן; ווייל בשעת מען לערנט משניות גייט ארויס די אלע שלעכטס פונעם מענטש, דעריבער קומען זיי אריין דעמאלט אין מחשבה.


זיי שטארק מיט'ן לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, דאס וועט דיר מטהר זיין פון פגם הברית, עס וועט דיר אויסרייניגן דיין מח מחשבה.


אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זיך צוריקקערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהלים, ווייל תהלים איז מסוגל צו תשובה.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיין שום זאך, דער סמ"ך מ"ם וועט דיר נאכלויפן; ער וויל דיך נישט פארלירן, ער וועט דיר פרובירן נאכאמאל אראפווארפן. דו זיי שטארק, לאז זיך נישט נאך, זיי פעלזן פעסט מיט דיינע שיעורים קבועים כסדרן דיקא אין מקרא, משנה, גמרא און אזוי ווייטער; וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - ווי אזוי איז מען מתקן מקרה לילה?
התחזקות, קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, שמחה, מקוה, משניות, תיקון הכללי, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך דארף אן עצה, ליידער פאסירט ביי מיר אסאך מאל מקרה לילה, און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך שטיי אויף אינדערפרי צעמישט, דער גאנצער טאג איז מיר שוין גע'הרג'ט, איך קען שוין כמעט נישט לערנען, איך וועט זייער צעבראכן און צעקלאפט, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תזריע-החודש, כ"ט אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון - זאלסטו גיין אין מקוה און זאגן די צען קאפיטלעך תהלים. דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען א וואונדערליכע תיקון אויף מקרה לילה, צען קאפיטלעך תהלים; קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ.


דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צב) ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון.


שנית - זאלסטו ארבעטן אויף שמחה; ווען א מענטש איז פרייליך היט אים דער אייבערשטער אפ פון אלע שלעכטס. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט) שמחה איז א שמירה אויף פגם הברית, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", ווען איך פריי זיך מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט: יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ – איז מער נישטא קיין עבירות.


אז דו ביסט נכשל געווארן מיט מקרה לילה - זאלסטו נישט אויפגעבן אויף דיר, ווערן דעפרעסט און גארנישט טון יענעם טאג; וואס טוסטו ווען דו ציילסט דיין געלט און דו זעסט אז דו האסט פארלוירן אפאר הונדערט שקל? וועסטו יעצט נעמען דיינע איבריגע געלט און אוועקווארפן, מיט'ן טענה: 'איך האב שוין סיי ווי פארלוירן געלט, ווארף איך אוועק נאך געלט'?! דו וועסט דאס זיכער נישט טון, נאר דו וועסט אכטונג געבן נישט צו פארלירן נאכאמאל געלט; ברוחניות איז נאך אסאך מער וויכטיג אכטונג צו געבן נישט צו פארלירן קיין איין טאג, קיין איין שעה - פון דינען דעם אייבערשטן.


אז דו ביסט אראפגעפאלן אין מקרה לילה - זאלסטו וואס פריער גיין אין מקוה; וואס פריער איז בעסער, ווייל מקוה מעקט אויס אלעס, עס הרג'עט די משחיתים און קליפות, און זאג די צען קאפיטלעך תהלים. און אז דו קענסט זאלסטו זאגן די הארץ רייסנדע תפילה פון רבי נתן, די תפילה אויף תיקון הכללי, זאג די ווערטער ביי די תפילה: "וּבִפְרָט כָּל הַטִּפּוֹת שֶׁיָּצְאוּ מִמֶּנִּי בַּלַּיְלָה הַזֹּאת, עַל יְדֵי מִקְרֶה לַיְלָה שֶׁקָּרָה לִי בַּעֲווֹנוֹתַי הָרַבִּים", מען קען צעגיין פון די תפילה, דאס הארץ ווערט צעריסן פון די תפילה, ווי מען בעט: "מָר לִי מְאֹד אָבִי שֶׁבַּשָּׁמַיִם", עס איז מיר אזוי ביטער טאטע אין הימל, "מָר לִי מְאֹד רִבּוֹן כָּל הָעוֹלָמִים", עס איז מיר אזוי ביטער הייליגער באשעפער, "רְאֵה אַנְחָתִי וְאַנְקָתִי", קוק ווי איך קרעכץ, "כִּי נַפְשִׁי מָרָה לִי מְאֹד", עס איז מיר אזוי ביטער, "עַד אֲשֶׁר אֵינִי יוֹדֵעַ אֵיךְ אֲנִי יָכוֹל לִחְיוֹת מֵעֶצֶם מְרִירוּת נַפְשִׁי אֲשֶׁר עַד גָּבְהֵי שָׁמַיִם יַגִּיעַ", איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען לעבן אזא לעבן, "כִּי קַצְתִּי בְחַיַּי, לָמָּה לִּי חַיִּים כָּאֵלֶּה", איך עקל זיך פון אזא סארט לעבן, וואס דארף איך אזא לעבן? "חַיִּים מָרִים וּמְרוֹרִים מִמָּוֶת", א לעבן וואס איז ערגער פון טויט, און אזוי ווייטער די גאנצע תפילה; די ווערטער פון רבי נתן צערייסט דאך דאס הארץ.


מאך זיך שיעורים בכל התורה כולה. לערן יעדן טאג אביסל חומש; שנים מקרא ואחד תרגום פון פרשת השבוע, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער ביז סוף וואך. אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג משניות; משניות רייניגט דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער מען לערנט משניות איז מען זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן, מען ווערט ריין. משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, די ראשי תיבות פון הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי איז מִשְׁנָה, אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


אויך זאלסטו לערנען גמרא יעדן טאג. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריא): "'תַּלְמוּד' גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הַמְחֲטַאַת אֶת הָאָדָם בִּפְּגַם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת 'לִילִית'"; אז מען לערנט גמרא פארברענט מען די קליפה וואס מאכט דעם מענטש זינדיגן אין פגם הברית.


ועל כולם זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס גייט איבער אויף דיר און וואס באדערט דיר - זאלסטו דערציילן פאר'ן אייבערשטן אויף די שפראך וואס דו רעדסט.


א פרייליכן שבת און א גוטן חודש.

#14 - זאל איך קויפן א ביקס זיך צו באהיטן פון טעראר אטאקעס?
לימוד התורה, משניות, סכנה, ארץ ישראל, השתדלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נאך אזויפיל טראגעדיעס וואס האט פאסירט די לעצטע וואך אין ארץ ישראל, ווי אזויפיל אידן זענען נעבעך אומגעקומען אין שרעקליכע טעראר אטאקעס, בין איך זייער דערשראקן, ובפרט אז איך האב קליענטן אראבער, האב איך געטראכט אן הצעה צו באקומען א רשיון (לייסענס) צו קענען האבן א ביקס, איז דאס כדאי? איז דאס השתדלות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע, כ"ח אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ענדערש זאלסטו האלטן מיט זיך א קליין משניות'ל מיט נאך ספרים, און ווען דו האסט איבריגע מינוטן זאלסטו אריינכאפן נאך אביסל תורה, דאס וועט דיך היטן, דאס וועט דיך ראטעווען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, ד): "כָּל תַּלְמִיד חָכָם שֶׁעוֹסֵק בַּתּוֹרָה בְּכָל יוֹם תָּמִיד", א איד וואס לערנט יעדן טאג תורה, "בִּשְׁבִיל לְהַרְבּוֹת כְּבוֹד שָׁמַיִם", כדי צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, "אֵינוֹ צָרִיךְ לֹא חֶרֶב וְלֹא חֲנִית וְלֹא כָּל דָבָר שֶׁיִּהְיֶה לוֹ שׁוֹמֵר", דארף נישט האבן א שווערד אדער א פאנצער זיך צו היטן פון שלעכטס, "אֶלָּא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשַׁמְּרוֹ בְּעַצְמוֹ", נאר דער אייבערשטער אליינס היט אים.


איינער פון די געשאסענער איז אויך א פאליציי מאן, דער פאליציי מאן האט געהאט אויף זיך א גרויסן ביקס; זעט מען אז מען קען האבן מיט זיך א גרויסער ביקס און אויך ווערן גע'הרג'עט.


דער אייבערשטער זאל היטן אידישע קינדער און אונז שוין שיקן משיח צדקינו.

#13 - קען מען זיין פרייליך פורים, אפילו אן טרינקען וויין?
שלום בית, שמחות, תהלים, רפואה, תפילות אויף אידיש, אמונה, שמחה, משניות, פורים, עלטערע יארן, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן זיין אזוי גרייט צו העלפן יעדן איד. איך זע אין די בריוון אז דער ראש ישיבה איז גרייט אזוי סאך צו העלפן און ליינען יעדנ'ס שאלות, איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי דער ראש ישיבה זאל אפילו אניאגן אזויפיל צו ליינען יעדע בריוו מיט אזא גרינטליכקייט, אזוי ווי איך זע אז דער ראש ישיבה געדענקט און ווייסט אלעס וואס מען שיקט.


די מעשה איז אזוי, ווען איך טרינק אסאך וויין באקום איך שטארקע בויך ווייטאג און שלשול, קומט אויס אז אום פורים טרינק איך נאר אביסל וויין און איך ווער נישט שיכור, דערפאר איז פורים מיין ערגסטע טאג אין יאר, ממש פשוטו כמשמעו, ווייל איך ווייס נישט ווי זיך אהין צו טון במשך דעם טאג, איך בין מרה שחורה.


אז איך גיי צו מיין שווער שפיר זיך נישט אין פלאץ, יעדער שיכור'ט און רעדט און שרייט הויך און טאנצט און איך בין צו נארמאל, און אלע פרויען מיין שוויגער און קינדער קוקן צו, און איך בין דער נאר וואס קלעבט נישט אריין צו די פארברענג. ווידער ביי מיין טאטע זיץ איך כאטש אין די זייט און איך שעם זיך אביסל, אבער די גאנצע פורים איז מיר א קבלת יסורים, עס איז מיר גארנישט ווערט דער טאג, איך גיי א גאנצן טאג ארום מיט מיין ווייב און קינדער מען וואונטש זיך א גוטן פורים און דערנאך ווען עס ווערט שפעטער נאכמיטאג הויבט זיך אן דאס טרינקען און מען גייט צו א סעדוה וואו איך זיץ אויף נאדלעך פאר דריי פיר שעה.


דאס מאכט מיר זייער דעפרעסט, אפילו ווען איך טראכט נאר פון פורים, מיין ווייב האלט מיר אין איין פרעגן וואו מיר זאלן גיין פורים פאר די סעודה, איך קען איר נישט ענטפערן ווייל די גאנצע זאך איז מיר איין שטיק מרה שחורה.


ביטע האט רחמנות אויף מיר און געבט מיר א גוטע עצה וואס צו טון מיט דעם פורים.


יישר כח פאר די חיות און שמחה און תשובה און תורה ותפלה און אלוקות וואס איך באקום דורך די שיעורים און ניגונים און בריוו.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון זאלסטו נישט טרינקען מער ווי איין גלעזל; עס איז א קלארע הלכה, דער רמ"א פסק'נט (אורח חיים סימן תרצה, סעיף ב) מען זאל טרינקען מער וויפיל מען איז געוואוינט צו טרינקען; איינער וואס טרינקט נישט קיין וויין א גאנץ יאר קען מקיים זיין די מצוה מיט איין גלעזל, דער רמ"א פירט אויס: "וְאֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם", סיי דער וואס טרינקט אסאך וויין, און סיי דער וואס טרינקט ווייניג וויין - דער עיקר זאל מען אינזין האבן צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן; דעריבער אז דו טרונקסט נישט קיין וויין א גאנץ יאר, עס איז דיר שווער צו טרינקען, דו ווערסט קראנק - זאלסטו נאר טרינקען אביסל.


שנית, דאס וואס דו שפירסט זיך פורים ביי דיין שווער אויסגעשפילט, דו ביסט דער איינציגסטער וואס טרינקט נישט, דו ביסט דער נאַר פון די משפחה, אלע זענען שיכור וכו', דו שפירסט ווי מען קוקט אויף דיר; ערשטנס, קיינער קוקט נישט אויף דיר, מען קוקט אויף די שיכורים, די פרויען זענען דערשראקן, יעדער איז דערשראקן פון זייער מאן, מען קוקט בכלל נישט אויף דיר, אלע וואלטן געוואלט זייער מאן זאל זיין אזוי ווי דיר, זיצן רואיג און זיין נארמאל; ואם תאמר מען קוקט יא אויף דיר, וואס גייט דיר אן ווי אזוי מען קוקט אויף דיר? א מענטש דארף זיך אזוי צוקלעבן צום אייבערשטן, עס זאל אים גארנישט אנגיין וואס מענטשן זאגן אויף אים און וואס מען טראכט פון אים, די מח מחשבה זאל זיין באהאפטן נאר צום אייבערשטן.


דורך התבודדות, ווען מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין פון די אלע דמיונות, 'מען קוקט אויף מיר', 'מען זאגט אויף מיר', 'מען רעדט פון מיר', די אלע זאכן זענען איין שטיק דמיון; אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט יעדן טאג צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין פון די זאכן, מען טוט וואס איז ריכטיג, מען טוט דעם רצון השם, און צו די מדריגה קען יעדער איינער זוכה זיין דורך פאלגן דעם רבי'ן; דורך רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן קומט מען אן צו דעם.


אז די סעודה ציט זיך און דו האסט נישט וואס צו טון - זאלסטו נעמען א תהילים און זאגן תהילים; פורים איז אזא הייליגע טאג, מען קען פועל'ן פאר זיך און פאר אנדערע - ישועות און רפואות. זיץ ביים טיש מיט א תהילים און זאג תהילים, אדער זיי זיך מתבודד, רעד צום אייבערשטן. דאס טו איך ווען איך גיי צו א שמחה אדער א מסיבה וכדומה, אנשטאט זיצן שעות און גארנישט טון, נעם איך א תהילים, א משניות און איך בין זיך מתבודד.


איך וועל ענדיגן מיט א מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט אסאך דערציילן, מען האט אמאל געהערט פסח ביינאכט ווי א פשוט'ער איד וויינט ביי די ווערטער: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר?" ער האט עס איבערגעזאגט נאכאמאל און נאכאמאל בשעת ווען עס איז אים גערינען טרערן פון די אויגן, ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער?" האט ער געענטפערט: "איך פארשטיי גארנישט פון די גאנצע הגדה, דא זע איך חכם מה הוא אומר, רשע מה הוא אומר, תם מה הוא אומר, דער חכם זאגט עפעס און דער רשע זאגט עפעס, וואס גייט מיר אן וואס דער חכם זאגט אויף מיר און וואס דער רשע האלט פון מיר? איין זאך גייט מיר אבער יא אן: "תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר?" ער ווייזט מיטן פינגער ארויף אויבן: "וואס זאגט מען אויף מיר אויבן אין הימל (אויף רוסיש זאגט מען 'דארט' – תָּם); דער האלט פון מיר, דער צווייטער האלט נישט פון מיר, איינער זאגט איך בין א בטלן, א צווייטער זאגט איך בין א שלימזל, מען קוקט אויף מיר, מען טראכט איך בין א נאר, איך בין אן אויסגעשפילטער, אבער רבונו של עולם וואס זאגסטו אויף מיר? רבונו של עולם ביי דיר וויל איך נישט זיין אן אויסגעשפילטער, ווייז מיר אביסל ליבשאפט, ווייז מיר אז דו האסט מיר ליב, איך וויל נישט גארנישט - נאר טון דיין ווילן".


די מעשה פלעגט מוהרא"ש אונז זייער אסאך דערציילן, דאס האט אונז געטוישט אונזער מח מחשבה, מיר זאלן אויך וויינען צום אייבערשטן און זאגן: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר? רבונו של עולם וואס זאגסטו אויף מיר? רבונו של עולם וואס זאגט מען אין הימל אויף מיר? איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין דבוק צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - יישר כח פאר'ן מיר געבן דעם סדר דרך הלימוד
סדר דרך הלימוד, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, און בפרט אויף די סדר דרך הלימוד פונעם רבי'ן.


ברוך השם איך קען יעצט זאגן אז איך האב דעם פארגאנגענעם שבת קודש געענדיגט די זיבעטע מאל ששה סדרי משנה, און די ערשטע מאל אלע פיר חלקים עצתו אמונה אויף אידיש.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי', דו נוצט דעם הייליגן רבינ'ס עצות, דו נעמסט די עצות אויף לעובדא ולמעשה.


לאז נישט אפ די משניות; לערן דאס אן א שיעור מאל. משניות וועט דיר ראטעווען, משניות מאכט ריין, משנות נעמט ארויס פון אלע פראבלעמען.


דער חיד"א זאגט (נחל קדומים) אויפ'ן פסוק (בראשית כח, טז): "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב מִשְּׁנָתוֹ", זאגט דער הייליגער חיד"א, 'ויקץ' איז א לשון פון ענדע, 'משנתו' - דאס איז משניות; דורך משניות קומט אן ענדע צו אלע צרות, מען ווערט אויסגעלייזט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - ווי אזוי קען איך זיך אויפהויבן, ווען א מנוול האט מיר אראפ געווארפן?
התחזקות, קדושה, מנוולים, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה, התחדשות, משניות, שכחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ליידער געפאלן א קרבן פאר א מנוול, און זייט דעמאלט איז מיר זייער שווער, די שלעכטע קאשמארן לויפן מיר נאך בייטאג און ביינאכט, און ס'איז מיר זייער שווער זיך צו האלטן הייליג און ערליך. איך בענק זיך אזוי שטארק צו די פריערדיגע צייטן, ווען איך בין געווען א צדיק, געזעסן און געלערנט מיט געשמאק, אן קיין פראבלעמען.


דער מנוול איז שוין היינט איינגעשפארט, אבער איך בין געבליבן מיט די פראבלעמען, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין און ווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי צו גיין פון דא ווייטער, איידער איך פאל אריין אינגאנצן אין תהום.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן און ווערן דער גרעסטער צדיק, נישט קיין חילוק ווי ווייט מען איז פארקראכן, ווי ווייט מען איז געפאלן און וואס מען האט נאר געטון; אלץ קען מען צוריק קומען צום אייבערשטן.


אז דו ביסט נעבעך געפאלן א קרבן פאר א מנוול רחמנא לצלן און יעצט איז דיר ביטער שווער, דו פאלסט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; דאס ערשטע זאך בעט איך דיר פארליר זיך נישט, דו קענסט נאך אלעס פאררעכטן און דו וועסט אלעס פאררעכטן; דו קענסט צוריק ווערן אזוי ריין ווי דו ביסט געווען פאר דו ביסט נעבעך אריינגעפאלן ביי דעם רוצח; אויב דו וועסט נעמען דעם רבינ'ס ווערטער מיט אן ערנסטקייט, דו וועסט זיך פלייסן אינעם רבינ'ס עצות.


הדבר הראשון דארפסטו אפלאזן וואס איז געווען; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, "כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", ווייל ווען א מענטש וויל נישט פארגעסן וואס איז געווען, ער געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון - וועט ער נישט קענען לערנען, דאווענען און טון מצוות, עס וועט אים שטערן די זאכן וואס ער האט געטון, דאס קלאפט אראפ דעם מענטש; אבער אז מען פארגעסט וואס איז געווען, מען הייבט אן פונדאסניי - קען מען יא דינען דעם אייבערשטן, מען קען אנקומען צו זייער גרויסע מדריגות.


דו געפונסט זיך יעצט ביי א פרשת דרכים, אדער קענסטו גיין לינקס צום טויט, וויינען און זיין דעפרעסט אז דו ביסט געפאלן א קרבן, אדער קענסטו גיין רעכטס - צום לעבן. אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט פארגעסן וואס איז געווען, דו וועסט זיך נישט צעברעכן מיט'ן עבר, דו וועסט ווייטער דאווענען און לערנען - וועסטו זוכה זיין צו בלייבן געזונט, דו וועסט קענען חתונה האבן, דו וועסט אויפשטעלן א שיינע שטוב, ערליכע דורות.


הדבר השני, מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט דאס לערנען - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. געווענליך, די וואס פאלן אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - פארלירן דעם כח הריכוז, זיי קענען זיך נישט מרכז זיין, קאנצעטרירן; די מח שוועבט זיי און פליט ארום אין עולם התוהו, דעריבער זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס! אפילו א מענטש וואס איז רגיל אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד".


הדבר השלישי, זאלסטו ארבעטן אויף שמחה; די קליפה וואס מאכט דעם מענטש זינדיגן - איר נאמען איז "וויינען", לילית איז א לשון פון יללה; זיי זענען מצליח אראפצואווארפן די מענטשן וואס וויינען, די וואס זענען אין עצבות און מרה שחורה; די עצה ניצול צו ווערן פון זיי איז דורך שמחה, ביים אייבערשטן איז נאר דא שמחה, אזוי ווי עס שטייט (דברי הימים-א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ"; אפילו ווען מען וויל זיך אויסוויינען צום אייבערשטן קען דאס נאר זיין מיט שמחה, מיט האפענונג.


זיי פרייליך, און אז דו קענסט נישט - זאלסטו זיך מאכן פרייליך; זיי זיך מחי' מיט יעדע גוטע זאך וואס דו האסט, דאס וועט דיר היטן, דאס וועט דיר געבן שטארקייט זאלסט קענען אנגיין אין עבודת השם.


ועל כולם זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אז דו ביסט אראפגעפאלן דורך א רוצח, דערצייל אים אלעס; דערצייל דעם אייבערשטן ווי ריין דו ביסט געווען, ווי דיין לעבן האט זיך אזוי פלוצלונג פארלאשן, דו קענסט גארנישט טון, דו ביסט יעצט אזוי פארדרייט, דיין מח מחשבה ליגן אין נישט גוטע זאכן. רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך, אין דיין מאמע לשון; זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך בין אראפגעפאלן אין עקלדיגע עבירות, איך האב געטון מעשה תועבה, איך בין אזוי פארקראכן, איך האלט אין איין פאלן אין פגם הברית, איך וויל נישט טון די עבירה; איך וויל זיין ריין, איך קען זיך אליינס נישט מתגבר זיין, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר, ראטעווע מיר, ברענג מיר צוריק צו דיר, השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם, באניי מיר מיינע טעג אזוי ווי אמאל".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג, אויך זאלסטו צולייגן דיינע אייגענע ווערטער, וועסטו אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - ענדערש לערנען ח"י פרקים משניות, אדער בי"ת נצחי?
לימוד התורה, שיעורים כסדרן, משניות, בית נצחי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב יעצט מסיים געווען די אכטע מאל ששה סדרי משנה.


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה; איך לערן שוין ברוך ה' פאר אפאר חדשים יעדן טאג ח"י פרקים משניות בנוסף צו אלע מיינע לימודים, לעצטנס האט מיר איינער פון די תלמידים געזאגט אז א אינגערמאן דארף נישט לערנען ח"י פרקים, נאר ס'איז מער וויכטיג איך זאל לערנען בי"ת נצחי, בבלי ירושלמי און תוספתא, און ס'איז גענוג אפאר פרקים משניות. א בלאט גמרא לערן איך יעדן טאג ברוך ה', הגם איך האב נישט גענומען זיינע ווערטער פערזענליך, און איך לערן ווייטער יעדן טאג ח"י פרקים, נאכאלץ קלינגען נאך זיינע ווערטער אין מיינע אויערן, אפשר טאקע זאל איך לערנען נאר עטליכע פרקים משניות און ענדערש צולייגן תוספתא מיט ירושלמי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קיינער זאל זיך נישט מישן אין דיין וועג ווי אזוי דו לערנסט, אזוי ווי דו וועסט נישט אויסהערן ווען איינער וועט דיר קומען זאגן ווי אזוי דו זאלסט עסן; אז דיין חבר וועט דיר זאגן עס נאר צוויי ברויט און ענדערש זאלסטו עסן פיר אייער און דריי טאמאטעס, וועסטו אים זאגן: "דו עס ווי אזוי עס איז גוט פאר דיר, און איך וועל עסן וואס איז געשמאק פאר מיר"; אזוי זאלסטו טון ווען עס קומט צו לערנען די הייליגע תורה, קיינער זאל זיך נישט מישן אין דיינע שיעורים; אז דו לערנסט שוין עטליכע חדשים ח"י פרקים משניות - זאלסטו ווייטער ממשיך זיין מיט די סדר, אויך זאלסטו זיך מאכן א ציל צו ענדיגן כל התורה כולה. דאס קען מען טון צוביסליך, יעדן טאג אביסל; אפילו דו וועסט נאר לערנען ממש א ברעקל פון אלע שיעורים - וועסטו במשך דיין לעבן ענדיגן די גאנצע תורה.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט'ן לערנען ח"י פרקים משניות; מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן, דער רבי האט דאך געגעבן לכמה אנשי שלומינו א תיקון צו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, אין שיחות הר"ן ברענגט רבי נתן (סימן קפה): "לכמה אנשים צוה לומר ח"י [שמונה עשר] פרקים משניות בכל יום", זאגט מוהרא"ש, איז דאך גוט זיך אריין צו שטעקן דעם קאפ און זיין פון רבינ'ס לייט וואס טוען וואס דער רבי האט געזאגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - ווי אזוי כאפ איך זיך צוריק צום אייבערשטן?
קדושה, תשובה, משניות, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך מודה ומתוודה, איך בין ליידער אריינגעפאלן אין שלעכטע זאכן דורכ'ן אינטערנעט, ליידער בין איך שוין דורך א שווערע דעפרעסיע, און יעצט זוך איך א וועג צוריק צום אייבערשטן, איך וויל ווערן ערליך. ווי אזוי מאכט מען דאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ערשטע דארפסטו וויסן און געדענקען דאס וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן". אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס גלייב אז דו קענסט פאררעכטן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "בא לטמא פותחין לו", ווען איינער וויל זינדיגן עפנט מען אים אויף א טיר; בפשטות זעט אויס אז מען עפנט אים א טיר ער זאל קענען גיין זינדיגן, דער רבי איז אבער מגלה גאר אן אנדערע פשט, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ט): "בא לטמא", איינער וואס איז נעבעך אראפגעפאלן, "פותחין לו", עפנט מען אים א טיר, מען העלפט אים ער זאל קענען צוריק קומען; פון הימל האט מען רחמנות אויף אים, מען ווארט ער זאל צוריק קומען צום אייבערשטן.


אז דו ביסט אזוי ווייט אראפגעפאלן, דו ליגסט נעבעך אין די טומאה, זאלסטו זען ווי שנעלער אנטלויפן פון דארט. שטעל זיך פאר עס קומען רויבערס און מען כאפט דיר, מען טראגט דיר אוועק אין א פינסטערע ארט, וואס וואלסטו געטון, וואלסט געבליבן דארט? וואלסט געזאגט 'וואס קען איך טון, מען האט מיר געפאנגען?' אדער דו וואלסט אלעס געטון ארויס צו גיין פון דארט?


אזוי זאלסטו טון, זיי זיך נישט מייאש, זאג נישט 'איך בין שוין פארפאלן, איך בין אראפגעפאלן אין טומאה'; הייב זיך אויף, אנטלויף פון דארט ווי פריער, קום צוריק צום אייבערשטן. די איינציגסטע חילוק איז, ווען רויבערס פאנגען איינעם דארף מען זוכן א וועג ארויס צו לויפן, אבער ווען מען פאלט אין די טומאה דארף מען סך הכל נאר עפענען דאס מויל און זאגן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, נעם מיר ארויס פון די טומאה, איך וויל תשובה טון, איך וויל זיין אן ערליכער איד". אזוי זאלסטו טון, זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן, זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך גיי מער נישט טון די שלעכטע זאכן, איך גיי שוין זיין גוט; העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויפ'ן יצר הרע"; אזעלכע ווערטער זאלסטו זאגן, וועסטו זען ווי עס וועט זיך ביי דיר אלעס טוישן, דו וועסט ווערן א נייער מענטש.


ווארף אוועק די כלים; אז מען וויל תשובה טון מוז מען אוועק ווארפן די זאכן, אז נישט איז דאס אזוי ווי א טמא'נער מענטש גייט אין מקוה און האלט אן א טויטע שרץ, אויף דעם זאגן די הייליגע חכמים (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", אפילו ער וועט זיך טובל'ן אין אלע וואסערן פון די וועלט וועט ער בלייבן טמא.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות, משניות רייניגט דעם מענטש; משניות נעמט אראפ אלע ראסט וואס קלעבט זיך אן פון עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - ווי אזוי בארואיגט מען די נערווען?
רפואה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, משניות, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך נעם מעדעצינען ווייל איך לייד אויפ'ן נפש, אפאר וואכן צוריק האב איך אנגעהויבן מאכן שטארק התבודדות אויף דעם, און און איך האב באקומען דערפון זייער א גוטע געפיל וואס איך האב שוין נישט געהאט פאר יארן לאנג, פיל מער פון אלע מיינע מעדעצינען.


די לעצטע צוויי וואכן בין איך געווארן אביסל שוואכער מיט די התבודדות, און איך בין געווארן צוריק מער דעפרעסט, נעכטן ביינאכט אויפ'ן וועג אהיים פון שול האב איך געמאכט התבודדות, און היינט אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען מיט א געוואלדיגע גוטע געפיל.


יישר כח ראש ישיבה אויף די שיעורים וואס געבן מיר אטעם און יישר כח אז דער ראש ישיבה ברענגט מיר צו עולם הזה און צו עולם הבא.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אלע נערוון קומט פון חסרון אמונה. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס ליידן מחלות בלויז ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן נעבעך. זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן אסאך מעשיות ווי בחורים און אינגעלייט זענען ארויסגעקראכן פון די אלע זאכן, עד כדי כך זיי זענען אראפ פון מעדעצין - דורכדעם וואס זיי האבן גענומען דעם רבינ'ס עצה זייער ערנסט, זיי האבן זיך געשטארקט אין די צוויי נקודות, איינס אין התבודדות ותפילה, זיי האבן אסאך גערעדט צום אייבערשטן; צווייטנס, זיי האבן גענומען ערנסט דעם סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), זיי האבן געלערנט יעדן טאג אסאך פרקים משניות און אסאך בלעטער גמרא - אפילו אן פארשטיין, זיי האבן געזאגט און געזאגט בלי הבנה כלל ביז זיי זענען אויסגעהיילט געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - יישר כח פאר'ן מיר געבן צען מאל ששה סדרי משנה
לימוד התורה, משניות, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זוכה געווען היינט צו מאכן א סיום אויף ששה סדרי משנה, צום צענטן מאל אין לעבן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט די הייליגע תורה, דו לערנסט ששה סדרי משנה אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) וואס האט אונז געזאגט מיר זאלן לערנען אפילו אן פארשטיין, יעצט האסטו זוכה געווען צו ענדיגן די צענטע מאל משניות.


משניות ברענגט צו די העכסטע מדריגות; דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' - אלעס בזכות משניות; יעדעס מאל וואס דער הייליגער בית יוסף האט געלערנט משניות האט זיך דער מגיד צו אים באוויזן.


שטארק זיך, זיי ממשיך צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות; קוק נישט אויף דעם אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט. דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו זאגט (ליקוטי תורה טשערנאביל, הדרכה ו): "תֹּאמַר חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת", מען זאל זאגן אכצן פרקים משניות, "בְּלִי פֵּירוּשׁ", אן פארשטיין, "בְּכָל יוֹם", יעדן טאג, "כְּדֵי שֶׁתִּגְמוֹר בְּכָל הַחוֹדֶשׁ כָּל הַשִּׁשָּׁה סְדָרִים", אזוי וועט מען דאס ענדיגן יעדן חודש, "כֵּן תִּנְהַג כָּל יְמֵי חַיֶּיךָ", אזוי זאל מען זיך פירן א גאנץ לעבן.


ווער נישט צעפאלן פון לצים, קוק נישט אויף קיינעם; קוק נאר אויף זיך. עס וועט קומען א צייט וואס די פרקים משניות וועלן דיר צוניץ קומען, ווען מען גייט אוועק פון די וועלט דעמאלט נוצט גארנישט נאר די פרקים משניות - דאס וועט דיר היטן פון חיבוט הקבר און פון גיהנום.


דער הייליגער חיד"א זאגט (עיין מורה באצבע סימן ב, אות מב): "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם", אשר בן יעקב זיצט ביים טיר פון גיהנום, "וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מַנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם", ווער עס האט געלערנט משניות לאזט ער נישט אריין אין גיהנום; דער חיד"א טייטשט מיט דעם דער פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות 'מִשְׁנָה', אשר בן יעקב - זיין זאך איז משניות, "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", ווער עס לערנט משניות וועט ער אים געבן גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - ווי אזוי קען איך זיך שטארקן איבער מיין יצר הרע?
התחזקות, קדושה, תשובה, עבירות, בחור, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל בעטן אן עצה אויף מיין פראבלעם, ליידער בין איך נישט מצליח זיך מתגבר צו זיין אויפ'ן שרעקליכן יצר הרע פון פגם הברית.


שוין פון מיין בר מצוה ביז היינט, שוין פיר יאר, פאל איך ליידער דורך כמעט יעדן טאג, און איך קען נישט ארויסקריכן דערפון. ס'איז געווען געוויסע צייטן ווען ס'איז מיר יא געלונגען זיך צו שטארקן אביסל און זיך אפהיטן, ס'האט אבער נישט אנגעהאלטן פאר צו לאנג.


איך מאך התבודדות, איך בעט דעם אייבערשטן אויף דעם, איך ווארט אבער נאך אויף די ישועה. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה און חיזוק אין דעם ענין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ז טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן? איינמאל מען פאלט אריין אין די עבירה פון פגם הברית, מען איז מוצא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז זייער ביטער. דער הייליגער זוהר זאגט (ויחי ריט ע"ב): "לֵית לָךְ חוֹבָא בְּעָלְמָא דְּלָא אִית לֵיהּ תְּשׁוּבָה", עס איז נישטא קיין עבירה וואס עס העלפט נישט דערויף קיין תשובה, "בַּר מֵהַאי", אויסער ווען א מענטש איז פוגם בברית, ווער עס זינדיגט אין די עבירה - אים העלפט נישט קיין תשובה, "וְלֵית לָךְ לְחֲיָיבָא דְּלָא חֲמָּאָן אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", עס איז נישטא קיין זינדיגער מענטש וואס וועט נישט זוכה זיין צו זען דעם אייבערשטן אויב ער טוט תשובה, "בַּר מֵהַאי", אויסער דער וואס זינדיגט אין פגם הברית.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. "רַבִּי יִצְחָק וְרַבִּי אַמִּי אָמְרֵי, כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", רבי יצחק און רבי אמי זאגן, עס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים, "רַב אַסִּי אָמַר, כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", רב אסי זאגט, עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן; ווייל יעדע טיפה וואס דער מענטש איז מוציא לבטלה איז אזוי ווי ער הרג'עט זיינע קינדער.


דאס איז אפילו ווען א מענטש זינדיגט איין מאל וכו', כל שכן אז א מענטש זינדיגט אסאך מאל, יאר נאך יאר; ווי דו שרייבסט אין די בריוו 'שוין פיר יאר' וואס דו זינדיגסט כמעט יעדן טאג - איז דאך זייער ביטער.


מיט יעדע עבירה באשאפט מען שלעכטע מלאכים וואס זיי לאזן נישט אפ דעם מענטש, זיי באגלייטן אים זיין גאנץ לעבן ביז צום קבר. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קמא): "כְּשֶׁנִּפְטָר הָאָדָם, הֵם הוֹלְכִים אַחַר הַמִּטָּה", ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט דעמאלט קומען אלע קליפות און מזיקים וואס זענען באשאפן געווארן פון די עבירה און זיי באגלייטן דעם מענטש, "וּמְקוֹנְנִים עָלָיו, כְּמוֹ בָּנָיו מַמָּשׁ מִמִּין אָדָם", זיי קלאגן אויפ'ן נפטר אזוי ווי די אייגענע קינדער, "רַחֲמָנָא לִצְלָן מֵעֳנָשִׁים הַלָּלוּ, כַּיָּדוּעַ", דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון אזעלכע שרעקליכע עונשים, עיין שם, אויב איז אזוי אז עס העלפט נישט קיין תשובה וואס זאל מען טון?


וויסן זאלסטו, דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפגעשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): אויף דעם וואס דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח.; ויחי ריט.) אז אויב מען זינדיגט אין פגם הברית העלפט נישט קיין תשובה; האט דער רבי געזאגט: "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר - נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט אין די עבירה", אז דו ווילסט באמת תשובה טון איז נאך דא א וועג פאר דיר, אפילו פון די שלעכטע עבירות וואס דו טוסט שוין אזויפיל יארן - קענסטו נאך אויך תשובה טון.


די עצה פאר דעם איז תורה, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער ליגט שוין אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק, לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט אים דער רבי געענטפערט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס; אפילו א מענטש האט פוגם געווען אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער יעדן טאג לערנען תורה, ער וועט זיך מאכן א קביעות צו לערנען 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד".


ווייל דורך די הייליגע תורה קען מען ארויסקריכן פון אלע עבירות, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות חכירות וקבלנות, הלכה ב, אות יב): "וַאֲפִלּוּ מִי שֶׁנָּפַל לְמָקוֹם שֶׁנָּפַל, וְהוּא רָחוֹק מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל־יְדֵי מַעֲשָׂיו הָרָעִים, אַף עַל פִּי כֵן יָכוֹל לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ 'בְּקַל עַל־יְדֵי לִמּוּד הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה', כִּי הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה יוֹרֶדֶת אֲפִלּוּ לְמִי שֶׁהוּא בְּעִמְקֵי הַקְּלִפּוֹת, בַּשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת, חַס וְשָׁלוֹם. וּמְעוֹרֶרֶת אוֹתוֹ וּמְקָרֶבֶת אוֹתוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", אפילו ווער עס איז אראפגעפאלן אין שאול תחתית חס ושלום און האט זיך דערווייטערט פונעם אייבערשטן דורך זיינע שלעכטע מעשים, קען ער דורך די תורה גרינג צוריקקומען צום אייבערשטן, ווייל די תורה וועקט אויף דעם מענטש ער זאל צוריקקומען צו די קדושה, "וְהַכְּלָל, שֶׁהַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה הִיא יוֹרֶדֶת אֲפִלּוּ בְּעִמְקֵי תְּהוֹם לְעוֹרֵר אֲפִלּוּ אֶת הַפָּחוּת שֶׁבַּפְּחוּתִים, לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ. וְעַל־יְדֵי עֵסֶק הַתּוֹרָה - יְכוֹלִין לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֲפִלּוּ מִשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כב.): 'אֵין דִּבְרֵי תּוֹרָה מְקַבְּלִין טֻמְאָה', וְעַל כֵּן אֲפִלּוּ הַזָּבִין וְהַמְצֹרָעִים וְכוּ' עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה וְכוּ' - דאס קומט מרמז זיין אז אפילו די מענטשן וואס זענען נעבעך "בְּסִטְרָא דִּמְסָאֲבוּתָא", - דארפן אויך לערנען תורה, "כִּי הַתּוֹרָה תְּקָרֵב גַּם אוֹתָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווייל די תורה וועט זיי אויך מקרב זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי די תורה זאגט (דברים לא, יז־כא): "וְהִסְתַּרְתִּי פָנַי וְכוּ' וְעָנְתָה הַשִּׁירָה הַזֹּאת לְפָנָיו וְכוּ', כִּי לֹא תִשָּׁכַח מִפִּי זַרְעוֹ", אפילו ווען אידן זינדיגן חס ושלום און דורך זייערע עבירות ווערן זיי דערווייטערט פונעם אייבערשטן, עס ווערט אן הסתרת פנים חס ושלום, דאך וועלן זיי זיך צוריקקערן צום אייבערשטן דורך די הייליגע תורה, אזוי ווי עס שטייט: "וְעָנְתָה הַשִּׁירָה הַזֹּאת וְכוּ' כִּי לֹא תִּשָּׁכַח" וְכוּ'. עיין שם.


בדרך כלל די אלע וואס זענען אראפגעפאלן אין ביטערע עבירות, בפרט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, האבן שוין נישט קיין מח צו פארשטיין לערנען, ווייל דער מח איז זיי פארברענט געווארן פון די עבירה. די איינציגסטע וועג פאר זיי איז אז זיי זאלן נעמען דעם רבינ'ס דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) און גורס זיין אסאך פרקים משניות, אפילו בלי הבנה כלל; דאס וועט זיי ארויסשלעפן פון זייער פלאנטער און זיי אפהאלטן פון זייער רגילות.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך דארף אריינגיין צו מיינע תלמידים; די בחורים ווארטן אויף מיר איך זאל זיי מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - וואס טו איך אז די שלעכטע זאכן וואס כ'האב געזען שטערן מיר אין לעבן?
קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, מאוויס, בחור, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס קען איך טון? איך בין א בחור, און איך בין דורכגעפאלן און געקוקט טריפה'נע זאכן אין די אינטערנעט, כ'האב געזען אויסגעלאסענע און עקלדיגע ווידיאס. די אלע שלעכטע זאכן וואס איך האב געקוקט שטערט מיר זייער אינמיטן דאווענען און אינמיטן לערנען.


איך קען צו קיינעם נישט רעדן און פרעגן אן עצה, ווייל איך הייס אן עובד ה' ביי מיינע חברים און מגידי שיעורים, און אויב וועל איך זיי פרעגן, וועל איך פארלירן מיין גוטן נאמען און מ'גייט שרייען אויף מיר שגץ.


ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון די שלעכטע זאכן? און ווי אזוי נעם איך ארויס פון מיין קאפ די שלעכטע מחשבות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי קענסטו נישט דאווענען און דו קענסט מער נישט לערנען; אז מען קוקט עבירות רחמנא לצלן קען מען נישט דאווענען און לערנען, מען פארלירט דעם טעם פון דאווענען. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", - דער קען נישט דאווענען, עס קומט אריין אין מחשבה אלע שלעכטע זאכן וואס מען האט געקוקט, עס האלט אין איין מבלבל זיין די אלע בילדער, מאוויס און קליפס רחמנא לצלן, "וְאֵין יָכוֹל לִטְעֹם מְתִיקוּת בַּתְּפִילָּה, אֶלָּא כְּשֶׁתִּקֵּן פְּגַם הַבְּרִית", מען קען נישט שפירן א זיסקייט אין דאווענען נאר ווען מען פאררעכט, מען טוט תשובה.


איך האב זייער רחמנות אויף דיר אז דו ביסט אריינגעפאלן אין קוקן עבירות. בעפאר דו האסט געקוקט די אלע זאכן איז דיר געווען גוט, האסט געהאט א טעם אין לעבן, ווייל דער וואס היט די אויגן און קוקט נישט קיין עבירות - האט זייער א שיינע לעבן, מען איז ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, אבער חס ושלום, אויב מען איז מפקר די אויגן, מען קוקט עבירות - דעמאלט טוט זיך אפ די שכינה פונעם מענטש, אזוי ווי די תורה זאגט (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: "איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך נישט פירן הייליג וועל איך אוועקגיין פון אייך".


בנוגע די אלטע זאכן וואס דו האסט שוין געקוקט, דו ווילסט אן עצה ווי אזוי דאס ארויסצונעמען פון קאפ; נעם די עצה וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן. רבי נתן איז אמאל אריינגעקומען צום רבי'ן, דער רבי איז געלעגן אין בעט און זיך אנגערופן: "דער עיקר איז, מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי"; דאס הייסט, אפילו א מענטש איז אראפגעפאלן אין שאול תחתית זאל ער זיך נישט מייאש זיין, ער זאל טון וואס יונה הנביא האט געטון ווען ער איז אנטלאפן פון ארץ ישראל, ער האט נישט געוואלט טון וואס דער אייבערשטער האט אים געהייסן און צום סוף האט מען אים אריינגעווארפן אין ים און א פיש האט אים איינגעשלינגען, ווי אזוי האט ער זיך אן עצה געגעבן? ער האט דארט געשריגן צום אייבערשטן (יונה ב, ג): "מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי".


איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער העלף מיר, איך בין אריינגעפאלן אין א טיפע בלאטע, איך האב געקוקט עבירות, אויסגעלאסענע בילדער, עקלדיגע קליפס און פארדארבענע מאוויס; זייט איך האב דאס געקוקט קען איך מער נישט דאווענען און לערנען, עס איז ממש מקוים געווארן ביי מיר די קללה פון די תוכחה (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", איך בין ממש משוגע, איך קען מער נישט טראכטן, איך טראכט נאר פון שמוץ.


הייליגער באשעפער העלף מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון; איך האב זיך אזוי באנארישט, איך האב דיר נישט געפאלגט, איך בין נאכגעגאנגען דעם יצר הרע, איך האב געקוקט אזעלכע זאכן אז עס איז ביי מיר מקוים געווארן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.): "אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת", א מענטש זינדיגט נישט נאר אויב עס איז אין אים אריין א רוח שטות; איך בין אנגעפילט מיט רוח שטות, איך בין איין שטיק רוח שטות; מיין גאנצע מח מחשבה איז פון די עקלדיגע זאכן, איך שפיר ווי איך בין נישט בעל הבית אויף מיר, איך בין פארשקלאפט פאר מיינע בלאטעס.


איך האב נישט צו וועם צו רעדן; איך קען זיך נישט דורכרעדן מיט קיינעם ווייל אלע מיינען אז איך בין אן עובד השם, אלע מיינען אז איך בין אן אפגעהיטענער בחור, אלע זאגן אויף מיר שיינע זאכן, אבער איך ווייס דעם ריינעם אמת ווער איך בין, איך בין אזוי פארשמירט, איך בין אזוי שמוציג.


אנא השם! איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל צוריק באקומען מיין מח, איך זאל קענען דאווענען און לערנען; איך זאל שוין איינמאל פאר אלע מאל אפלאזן אלע נארישקייטן. איך ווייס נישט וואס צו טון, דער יצר הרע ווארפט מיר כסדר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל; אָנָּא ה' הוֹשִׁיעָה נָא, אָנָּא ה' הַצְלִיחָה נָא".


אויך זאלסטו לערנען אסאך פרקים משניות; לכתחילה זאלסטו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, ווייל דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


דאס גייט ארויף אויף לימוד משניות; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, ער האט מקובל פון אנשי שלומינו אז דער שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות. אפילו איינער וואס איז נעבעך אריינגעפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויסנעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווי אזוי קען א אינגערמאן זיך שטארקן איבער זיינע נסיונות?
התחזקות, לימוד התורה, נסיונות, תפלות אויף אידיש, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך מאל ביי די שיעורים ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז א בחור איז א רחמנות, ווייל ער האט נאכנישט חתונה געהאט, אבער א אינגערמאן האט דאך שוין א ווייב, פארוואס זאל ער גיין זוכן נארישקייטן און שמוץ.


דאס איז מיר זייער שווער צו הערן, ווייל האב ב"ה חתונה געהאט מיט א גוטע ווייב, און מיר האבן א גוט לעבן ב"ה, און פון דעסט וועגן קען איך נישט אויפהערן צו טראכטן פון שמוץ, איך מוז טראכטן פון פרעמדע פרויען, פון מיין ווייב'ס שוועסטערס, און אזוי ווייטער מוטשע איך זיך אסאך מיט נסיונות, איך קען זיך נישט היטן די אויגן, און איך קען זיך נישט היטן די מחשבה.


איז דא אויך פאר מיר אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען היט זיך נישט די מחשבה און די אויגן, מען קוקט עבירות און מען פאלט אין פגם הברית בלייבט מען צוגעקלעבט צו דעם אפילו נאך די חתונה ה' ישמרינו. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין כט:): "בֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וְלֹא נָשָׂא אִשָּׁה ... כָּל יָמָיו בְּהִרְהוּר עֲבֵירָה", דער וואס טראכט פון עבירות וועט אים זיין שווער אפילו נאך די חתונה צו האבן א ריינע מח; די איינציגסטע וועג ווי אזוי מען קען פטור ווערן פון די אלע שלעכטע מחשבות איז נאר דורך תורה ותפילה, אז מען לערנט תורה און מען בעט דעם אייבערשטן ווערט צוביסליך אויסגערייניגט דער מח ביז מען קריכט אינגאנצן ארויס פון דעם.


דעריבער אז דו ביסט אזוי צוגעקלעבט צו עבירות, אז אפילו דו האסט שוין חתונה געהאט קענסטו נישט לעבן מיט דיין ווייב אן טראכטן פון א צווייטן וכו', דיין קאפ איז נישט מיט איר, דו טראכסט טאג און נאכט פון אירע שוועסטערס און פון פרעמדע השם ישמרינו, דו ווילסט צוריק לויפן צו די עקלדיגע מאווי"ס וואס דו האסט צאמגעזען - זאלסטו אנהויבן א שיעור אין משניות; זאג אסאך משניות וועסטו צוביסליך באקומען א ריינע מח, דו וועסט זיין פרייליך און צופרידן מיט דיין ווייב.


ווען דו לערנסט משניות זאלסטו נישט ווערן צעבראכן אז דו פארשטייסט נישט, ווייל פון קוקן אזויפיל מאווי"ס און אראפפאלן אין פגם הברית פארלירט מען דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן, די עבירה פון פגם הברית פאר'תמ'ט דעם קאפ, מען פארשטייט נישט דאס לערנען. און אפילו א גוטע קאפ וואס פארשטייט יא לערנען, פליט אים אוועק זיין קאפ און ער קען נישט לערנען; דו זאג די ווערטער פון משניות, דאס וועט דיר רייניגן פון אלע שמוץ.


נאך אן עצה איז דא, די עצה פון רבי'ן; די עצה פון "התבודדות", די עצה וואס משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט. רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף אלעס, וויין צום אייבערשטן: "רבונו של עולם איך בין אזוי פארקראכן, איך בין אזוי פארדרייט, איך טראכט נאר פון עבירות; איך איך וויל אלץ צוריק לויפן כְּכֶלֶב שָׁב אֶל קִיאוֹ - ווי א הונט וואס גייט צוריק צו זיין ברעכאכץ; זיי מיר מוחל אייבערשטער, איך גיי שוין זיין וואויל, איך גיי שוין היטן מיין מחשבה און מיינע אויגן.


הייליגער באשעפער, איך קען נישט אליין, איך דארף דו זאלסט מיר העלפן. איך בעט דיר זייער, איך וויל האבן א ריינע מח, איך וויל זיין פרייליך מיט מיין ווייב, איך וויל נישט זיין פארנומען צו טראכטן פון אנדערע, ווען וועל איך אויך זוכה זיין צו זיין א צדיק?"


אזוי זאלסטו זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן וועסטו זוכה זיין צו זיין פרייליך און צופרידן, דו וועסט אפלאזן די גרויליגע עקלהאפטיגע מאווי"ס, דו וועסט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב מיט קינדער, דו וועסט נישט דמיונ'ען פון אנדערע.


אז דו וועסט זיין שטארק מיט די צוויי עצות - "תורה ותפילה" - וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.

#3 - ווי אזוי זאל איך אויסשטעלן מיין סדר אין לערנען?
הלכה, לימוד התורה, מעביר סדרה, משניות, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג משניות און הלכה, איך וויל אבער וויסן ווי אזוי איינצוטיילן מיין צייט. אויב האב איך דריי שעה א טאג צו לערנען, זאל איך לערנען צוויי שעה הלכה און איין שעה משניות, אדער צוויי שעה משניות און איין שעה הלכה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מען קען נישט געבן פאר א מענטש א סדר ווי אזוי אויסצושטעלן דעם טאג ווייל א מענטש איז נישט קיין מאשין; יעדער מענטש איז אנדערש פונעם צווייטן און אפילו ביים זעלבן מענטש טוישט זיך יעדן טאג ביי אים זיין מצב וכו'. דערפאר איז נישט שייך צו געבן א סדר ווי אזוי צו לערנען; מיט דעם אז דו בעטסט וועל איך דיר אויסשטעלן דיינע שיעורים לויט ווי מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל.


א)    זע צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיטן תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער. אזוי וועסטו זוכה זיין צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה וואס דאס איז א סגולה פאר אריכות ימים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.) "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווער עס איז מעביר סדרה וועט זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים; הגם דער אריז"ל שרייבט אז מען זאל מעביר סדרה זיין פרייטאג - ערב שבת, אבער מען טאר זיך נישט לאזן נארן. מען דארף שטענדיג קוקן אויף זיך און זיך מאכן א חשבון: וואס טו איך? האב איך געעפנט א חומש די וואך? האב איך מעביר סדרה געווען פאריגע וואך? אז מען הייבט אן פון זונטאג, און יעדן טאג לערנט מען אביסל חומש רש"י מיטן תרגום, איז מען זוכה אז מען ענדיגט יעדע וואך די סדרה און מען איז זוכה צו לעבן מיט די פרשה יעדן טאג.


טו אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (אורח חיים, סימן רפ"ה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין. און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם) פונעם גר"א זכר צדיק לברכה אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט איז מען מעביר סדרה יעדע וואך, און ווען עס קומט סוף יאר איז מען מורא'דיג בשמחה אז מען האט מסיים געווען חמשה חומשי תורה.


ב)    נאכדעם זאלסטו לערנען משניות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש ויקרא רבה, פרשה ו): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות, נאך זאגן חז"ל (סנהדרין מב.): "בְּמִי אַתָּה מוֹצָא מִלְחַמְתָּהּ שֶׁל תּוֹרָה? בְּמִי שֶּׁיֵּשׁ בְּיָדוֹ חֲבִילוֹת שֶׁל מִשְׁנָה", דער וואס לערנט משניות דער איז זוכה צו מקבל זיין די תורה.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואספארא כח משניות האט און וואס עס טוט פארן מענטש, ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען יעדן טאג משניות וועט ער זוכה זיין צו זייער גרויסע זאכן.


עס איז באוואוסט אז דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' - אלעס בזכות משניות. דער הייליגער בית יוסף פלעגט זאגן זייער אסאך משניות, אמאל פערציג פרקים משניות און אמאל מער. איך וועל דיר אראפברענגען איינס פון די פילע לשונות אינעם ספר מגיד מישרים, וואו דער בית יוסף שרייבט (משלי סימן כג, עמוד קסג): "הִשְׁכַּמְתִּי כְּמִנְהָגִי לִקְרוֹת בַּמִּשְׁנָיוֹת, וְקָרִיתִי כְּמוֹ מ' פְּרָקִים", און נאכדעם האט זיך דער מגיד צו אים באוויזן; זעט מען צו וואס מען קען זוכה זיין ווען מען לערנט משניות.


ג)      אויך זאלסטו לערנען גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה, דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא, אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש זאל טון, אבי נישט עפענען א גמרא.


ד)     וואויל איז דיר אז דו לערנסט הלכה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלֹּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען א הלכה אפילו נישט כסדרן וואו מען האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ"שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - די גרויסקייט פון משניות. דארף מען משלים זיין די גמרא וואס מ'האט פארפאסט?
לימוד התורה, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין זוכה צו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, און כמעט יעדן טאג זאג איך אויך דעם דף גמרא.


מיין שאלה איז אין די טעג וואס איך פארפאס צו זאגן דעם דף, זאל איך משלים זיין דעם קומענדיגן טאג, אדער נישט.


יישר כח, משה יצחק

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד משה יצחק נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט זוכה צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; משניות וואשט אפ דעם מענטש פון אלע שלעכטס, און עס ברענגט א הייליגקייט אויפן מענטש.


ווען ר' נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט אים דער רבי געהייסן ער זאל יעדן טאג זאגן ח"י פרקים משניות, און אזוי טוען מיר אלע "תלמידי היכל הקודש חסידי ברסלב"; מיר זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות. און מוהרא"ש פלעגט זיך שטענדיג בארימען: "ווען מען זעט איינעם מיט א משניות'ל איז מען גלייך חושד אז ער דריידט זיך ביי מיר".


מוהרא"ש האט געמאכט א ניגון מיט אידישע גראמען אויף די גרויסקייט פון משניות:


כַּךְ וְכַּךְ דָאס אִיז דֶעם רֶבִּינְ'ס זַאךְ, דֶער ס"מ קֶען שְׁפְּרִינְגֶען בִּיזְן דַאךְ.


וַוייל אִיךְ לֶערְן יֶעדְן טָאג מִשְׁנַיוֹת זֵייעֶר אַסַאךְ,


גִיבּ אִיךְ פוּן אִיהְם אַ גְרוֹיסְן לַאךְ,


אִיךְ קוּק נִישְׁט וָואס יֶעדֶער טִיפֵּשׁ טוּט מִיט דִי הַאנְט אַ מַאךְ,


דָאס אִיךְ לֶערְן יֶעדְן טָאג מִשְׁנַיוֹת אַסַאךְ.


וָואס הָאבּ אִיךְ מִיט יֶענֶעם, וָואס הָאבּ אִיךְ מִיט יֶענֶעם,


אִיךְ וַוייס אַז נָאר מִשְׁנַיוֹת וֶועל אִיךְ מִיט מִיר מִיטְנֶעמֶען.


אוּן דָאס וֶועט מִיךְ פוּן אַלֶעם בֵּייזְן בַּאשִׁיצְן,


אוּן אִין קֵבֶר וֶועלְן אַלֶע שְׁרָצִים, אוּן וֶוערִים, אוּן אַלֶע מַלְאֲכֵי חַבָּלָה,


פוּן מִיר זִיךְ אַוֶועקְפִּיצְן.


אוּן כָאטְשׁ זֵיי וֶועלְן מִיט זֵייעֶרֶע בֵּייזֶע צֵיינֶער אוֹיף מִיר טוּעֶן קְרִיצְן,


אָבֶּער עֶס וֶועט זֵיי שׁוֹין גָארְנִישְׁט נוּצְן.


וָוארוּם דִי פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעלֶערְנְט,


וֶועלְן מִיר פוּן זֵיי בַּאשִׁיצְן.


אוּן אִיךְ וֶועל וֶוערְן פוּן אַלֶעם שְׁלֶעכְטְס אָפְּגֶעהִיטְן.


אוּן אִין גַן עֵדֶן וֶועל אִיךְ צוּזַאמֶען מִיט דִי צַדִיקִים זִיצְן.


מוהרא"ש האט געשריבן א בריוו פאר די ישיבה אז מיר זאלן דאס זינגען צוזאמען אלע בחורים, כדי מיר זאלן זיך איינ'חזר'ן וואס דער רבי וויל פון אונז און וואס ברסלב'ע חסידות איז; מיר זאלן געדענקען אז קיינער וועט נישט העלפן דעם מענטש, נאר די פרקים משניות וואס ער לערנט יעדן טאג.


ועל כולם, וואויל איז דיר אז דו לערנסט יעדן טאג א בלאט גמרא; מוהרא"ש ברענגט אראפ פון דעם גרויסן גאון רבי שעפטיל, דער זון פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, וואס ער שרייבט אין זיין צוואה (בסוף ספר יש נוחלין) אז "לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג איז א חיוב, אזוי ווי מען דארף אנטון תפילין יעדן טאג".


ווען א איד לערנט גמרא פארברענט ער זיין יצר הרע; דערפאר - זאגט מוהרא"ש - זעט מען אז דער יצר הרע וועט אלעס לאזן דעם מענטש טון, נאר נישט לערנען גמרא, פון דעם האט ער זייער מורא.


קוק נישט וואס איז געווען נעכטן; יעדן טאג איז א נייע טאג. אז דו וועסט אנהייבן מיט משלים זיין פון דיינע פריערדיגע טעג וכו' וועסטו דארפן משלים זיין פון ווען דו ביסט געבוירן און אויך פון די פריערדיגע גלגולים, לעב מיטן היינטיגן טאג - אזוי וועסטו מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - איך בין מקנא די יונגע בחורים, קען איך נאך אויך מצליח זיין?
בחור, עבודת השם, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן בערך 40 יאר אלט, איך האב ב"ה א שיינע משפחה, און איך הייס א שיינער איד, אבער נאר איך אליין ווייס דעם אמת ווער איך בין, ווי ווייט איך בין פונעם אייבערשטן, און ווי נישט גוט איך פיר זיך אויף.


זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה האט זיך געטוישט מיין לעבן, איך האב אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, איך האב אנגעהויבן לערנען משניות און גמרא, איך האב ב"ה שוין זוכה געווען צו ענדיגן לעצטנס די ערשטע מאל ששה סדרי משנה, און כאטש וואס איך פאל נאכאלץ דורך, איך בין נאכנישט אינגאנצן אויסגעארבעט, שפיר איך אבער אז דער וועג ברענגט מיט נענטער צום אייבערשטן.


ווען איך האב אבער געהערט עטליכע דרשות וואס איר האט געזאגט אין ישיבה ביי סיומים, בין איך געווארן זייער צעבראכן, איך זע ווי יונגע בחורים זענען זוכה צו לערנען אזוי סאך, זיי הויבן אן זייער לעבן מיט די געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן, און דאס ברענגט אין מיר אריין א קנאה געפיל, וואו בין איך אויף דער וועלט? הלואי ווען איך קען ווען צוריק ווערן א בחור און זיך אריינזעצן ביי אייך אין ישיבה.


אפשר קענט איר מיר שרייבן עטליכע ווערטער, אויב איך קען זיך נאך אויך נעמען אין די הענט אריין, אויב איך קען נאך אויך יעצט ביי די 40 יאר אנהויבן מיין לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


יודל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת אחרי-קדושים, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יודל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו פאלגסט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, דו לערנסט אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן און דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין ששה סדרי משנה.


ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען יעדן טאג משניות וועט ער זוכה זיין צו זייער גרויסע זאכן. עס איז באוואוסט אז דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' אלעס בזכות משניות. דער הייליגער בית יוסף פלעגט זאגן זייער אסאך משניות, אמאל פערציג פרקים משניות און אמאל מער, איך וועל דיר אראפברענגען איינס פון די פילע לשונות אינעם ספר מגיד מישרים (משלי סימן כג, עמוד קסג): "הִשְׁכַּמְתִּי כְּמִנְהָגִי לִקְרוֹת בַּמִּשְׁנָיוֹת, וְקָרִיתִי כְּמוֹ מ' פְּרָקִים", און נאכדעם האט זיך דער מגיד צו אים באוויזן; זעט מען צו וואס מען קען זוכה זיין ווען מען לערנט משניות.


כל זמן א מענטש לעבט קען ער זוכה זיין צו פארעכטן אלעס וואס ער דארף מתקן זיין. דער הייליגער צדיק רבי ישראל סאלאנטער זכותו יגן עלינו איז אמאל אריין שפעט ביינאכט צום שוסטער, ער האט זיך אנטשולדיגט אז ער קומט אזוי שפעט ביינאכט, אבער בלית ברירה מוז ער יעצט קומען אין אזא שפעטע שעה ווייל זיין שיך האט זיך ממש יעצט צעריסן און ער וויל וויסן צי ער קען דאס נאך פארעכטן. האט זיך דער שוסטער אנגערופן: "כל זמן די ליכט ברענט נאך, קען איך עס נאך פארעכטן"; רבי ישראל סאלאנטער זי"ע איז זייער נתעורר געווארן פון די ווערטער, ער האט געטראכט צו זיך: 'דאס מיינט מען מיר; דאס איז א בת קול וואס זאגט מיר אז כל זמן די ליכט ברענט, דאס הייסט, ווי לאנג א מענטש לעבט, זיין נשמה איז אין אים, וואס די נשמה ווערט אנגערופן א ליכט אזוי ווי עס שטייט (משלי כ, כז): "נֵר ה' נִשְׁמַת אָדָם", קען מען נאך אלעס פארעכטן'; דעריבער, אז דו פרעגסט צי ביי די פערציג יאר קען מען נאך אנהייבן וכו'; זאלסטו וויסן אז כל זמן די ליכט ברענט, קען מען נאך אלעס פארעכטן.


געדענק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", דארפסטו אויך גלייבן אז דו קענסט פארעכטן.


דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט געזאגט (פסחים מט:): "מִי יִתֵּן לִי תַּלְמִיד חָכָם, וַאֲנַשְׁכֶנּוּ כַּחֲמוֹר", פאר איך האב געלערנט תורה האב איך אזוי פיינט געהאט א תלמיד חכם, אז איך האב אים געוואלט פארציקן אזוי ווי אן אייזל פארציקט א צווייטע בעל חי, און ביי די פערציג יאר האט ער תשובה געטון און זוכה געווען צו ווערן אזוי גרויס, עד כדי כך אז ווען משה רבינו איז ארויף אין הימל נעמען די תורה פאר די אידן האט ער געזאגט פארן אייבערשטן (מנחות כט:): "פארוואס געבסטו נישט די תורה פאר די אידן דורך רבי עקיבא?" זעט מען צו וואס מען קען צוקומען אויב מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן.


מוהרא"ש ברענגט אראפ פון פריערדיגע אז די ראשי תיבות פון רבי ע'ק'י'ב'א' איז: יֶ'שׁ ק'וֹנֶה ע'וֹלָמוֹ בְּ'שָׁעָה אַ'חַת; א מענטש וואס האט אזוי פיינט געהאט א תלמיד חכם זאל זוכה זיין צו אויפשטעלן פיר און צוואנציג טויזנט תלמידי חכמים.


אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג, דו וועסט זיין שטארק מיט דיינע שיעורים וועט דער אייבערשטער דיר פארגעבן אויף אלע דיינע יארן וואס דו האסט געטון נארישקייטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן )ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה, ער לערנט תורה יעדן טאג, זאגט דער אייבערשטער, "מַעֲלֵה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.