שאלה אין קורצן ענין
#32 - איך האלט ממש ביי גארנישט, וואס טוט מען?
חובות, שלום בית, קדושה, רפואה, תפילות אויף אידיש, פרנסה, דאווענען, נסיונות, התחדשות, משניות, תיקון הכללי, מנין, גמרא, שכחה, עבר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן וואס קען איך טון אז איך בין אין עולם התוהו, איך פאל אין ניאוף, אין קוקן שמוץ און אויך אויף יעדע פרוי אין גאס, און הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, קוים וואס איך דאווען, קוים וואס איך זאג עפעס משניות, צוויי טעג הייב איך אן זאגן און אנדערע טעג גארנישט, איך ברענג נישט קיין פרנסה, איך צאל נישט קיין חובות, איך פאלג נישט דעם ראש ישיבה שליט"א.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו לערנען משניות און גמרא און מעביר סדרה זיין יעדן טאג, און איין טאג טו איך עס יא און נאכדעם דריי חדשים נישט. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו קויפן רבינו תם'ס תפילין און איך האב גארנישט געטון וועגן דעם. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט איך זאל גיין הפצה, און קוים וואס איך גיי. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו קויפן א קאר די שענסטע און די בעסטע און איך האב נישט געקויפט.


בעצם האלט איך ביי גארנישט. אפשר בין איך נישט געזונט גייסטיש? נישט אפשר, נאר זיכער. זאל איך נעמען מעדעצין? ווייל איך זאג דאך נישט יעדן טאג משניות מיט גמרא וואס דאס זאל מיך אויסהיילן, איז דערווייל פארוואס זאל מיין ווייב ליידן פון א מאן וואס ברענגט נישט קיין פרנסה, און פאלט אריין אין דעפרעסיע יעדן צווייטן טאג? און אפשר זאל איך נעמען געלט פון די שטאט פאר איינער וואס ליידט אויף דעפרעסיע און נאך? זאל מיין ווייב האבן כאטש די פאר דאלער?


איך האף אז וואס דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר יעצט ענטפערן, וועל איך יא מקיים זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלט דיין בריוו.


די יסוד היסודות אז מען וויל מצליח זיין אין לעבן איז - מען זאל נישט קייען אלטע שטרוי, איבער קייען אלטע מעשיות, נאר אנהויבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן כאילו מען איז יעצט געבוירן. רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות יורה דעה הלכות מילה הלכה ד, אות יח): "עיקר הכניסה לתשובה ולקדושת ישראל", דאס איז די שליסל צו תשובה און צו זיין א איד, "לחשוב בכל עת כאילו עתה נולד", טראכטן 'איך בין יעצט געבוירן', "ואפילו אם יעבור עליו מה", און אפילו עס זאל אריבער גיין אויפן מענטש וואס זאל נאר זיין, "יתחזק בכל פעם ויחשוב בלבו שעתה נולד", זאל ער זיך שטארקן און טראכטן 'איך בין יעצט ניי געבוירן, איך הויב אן יעצט פונדאסניי', "אז בודאי סוף כל סוף יזכה להתקרב לשם יתברך", וועט ער זיכער אנקומען צו תשובה און צום אייבערשטן, "ואז יתתקן הכל", און אלעס פאררעכטן.


דאס איז די זאך וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט; הויב אן פון דאסניי, הויב אן פון יעצט, ביסט ניי געבוירן, ביסט א נייע באשעפעניש. ביי משיח שטייט (תהלים ב, ז): "אני היום ילדתיך", ביסט היינט געבוירן, און דאס איז וואס דער הייליגער רבי ברענגט אריין אין די וועלט. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פונדאסניי".


פון יעצט זאלסטו פאלגן די זאכן:


פארלייג זיך אויף גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין מיט א סידור מיט גרויס שמחה, און אז דו קענסט זוכה זיין זיך צו טובל'ן אינדערפרי פארן דאווענען - איז נאך בעסער, ווייל ווען מען טובל'ט זיך דעם גוף דא – טובל'ט מען אויבן אין הימל די נשמה, מען ווערט ריין און הייליג, און נאכן דאווענען שחרית מיט די טלית ותפילין זאלסטו זאגן די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי, וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].


פארלייג זיך אויף לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, זאל זיין וואס זאל זיין. לערן אפילו בלי הבנה, אן פארשטיין, לערן אפילו אן די רש"י'ס, נאר די ווערטער פון די גמרא. דאס וועט דיך באשיצן פון די קליפות ומשחיתים וואס ווילן דיר שלעכטס טון. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז, מזבוב ועכביש), דער בארג האט געזאגט צום קעניג: "ווי לאנג דער בלאט איז אויף דיר מגין דארפסטו נישט מורא האבן פון קיינעם; אויף מיר שטייען אויך אויף שלעכטע מענטשן וואס ווילן מיר שלעכטס טון, אבער זיי קענען מיר נישט שלעכטס טון ווייל דער בלאט באשיצט מיר"; דאס גייט ארויף אויפן דף גמרא, ווען מען לערנט די הייליגע גמרא - ווערט מען באשיצט, עס ראטעוועט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


וועגן דיינע חובות און דיינע נסיונות וואס איז געבינדן איינס מיטן צווייטן, איז דא איין עצה, שרייען צום אייבערשטן. גיי אין א שטילע פלאץ און שריי (עס דארף נישט זיין בקול, שריי שטילערהייט):


"רבונו של עולם איך בין אזוי משוגע, ראטעווע מיך, איך פארשמיר מיינע אויגן, איך קוק ניאוף, און איך בין אין אזעלכע חובות, איך בין אין עולם התוהו, איך קען נישט גיין אין גאס, איך ווער משוגע פון יעדע פרוי וואס גייט אריבער. הייליגער באשעפער, איך בין אזוי צעבראכן, עכט וויל איך זיין גוט, עכט בין איך א איד מיט א אידישע נשמה, איך בין נאר אזוי פארקראכן, העלף מיר, איך זע נישט קיין וועג, זיי מיך מקרב צו דיר. לייג אריין אין מיר א רוח טהרה, איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן און קענען ארויסגיין פון מיינע חובות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - ווי אזוי קען איך זיך היטן פון אזויפיל מאל נכשל ווערן?
קדושה, תשובה, נסיונות, סדר דרך הלימוד, משניות, גמרא, אפיס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף זייער וויכטיג הילף, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וויל זיין גוט.


איך האב ברוך ה' גוט חתונה געהאט, מיט א וואוילע גוטע איבערגעגעבענע ווייב, אבער מיין יצר הרע איז אזוי גרויס, איך זיץ אין אן אפיס מיט די בעסטע פילטער, אבער פון אונטער דער ערד טרעף איך יעדן טאג א וועג צו פאלן און נכשל ווערן אין שלעכטע זאכן. יעדן טאג וואס גייט אריבער שפיר איך ווי איך ווער נאר ווייטער און ווייטער פונעם אייבערשטן, איך גיי נאר אויף צוריק צו וועגס.


איך וויל זיין אפגעהיטן, איך וויל זיין א איד, איך וויל פאררעכטן מיינע פגמים, איך שעם זיך אזוי שטארק פון זיך אליין, איך ווייס נישט פארוואס און ווי אזוי דאס פאסירט, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט, עס איז נישטא קיין אנדערע רפואה צו לעשן די פייער פון די יצר הרע פון ניאוף - נאר דורך לימוד משניות. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס, האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס", אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


אז דו ווילסט פטור ווערן פון דיין יצר הרע, זאלסטו נעמען א משניות און לערנען משניות. לערן איין פרק נאכן צווייטן; אין אנהויב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - פארלירט מען דעם מח. דער הייליגער זוהר זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא", אז מען איז פוגם בברית, "עַד אַבָּא וְאִמָּא", גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; דורכדעם איז מען זוכה אז מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות.


אויך זאלסטו לערנען גמרא. דער הייליגער רבי זאגט אז גמרא פארברענט די קליפות, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", תלמוד באטרעפט אזוי ווי די קליפה וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית רחמנא לצלן, תלמו"ד באטרעפט פיר הונדערט אכציג, און די קליפה לילי"ת באטרעפט אויך פיר הונדערט אכציג, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


זאגן בלעטער גמרא איז אזוי גרויס, עס פארברענט אלע קליפות ומשחיתים. צדיקים זאגן אויף דעם וואס די הייליגע חכמים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוֹרְתָּא תְּהֵא", דאס איז א לשון פון "לְ'זַמֵּר' אֵת כָּל הֱעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֵת כָּל הַקּוֹצִים", דאס שניידט אוועק אלע שלעכטס.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - ווי אזוי דערהאלט איך זיך אין אזעלכע שווערע מצבים?
התחזקות, שלום בית, נסיונות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן איז ברוך ה' אן עובד ה', אן אמת'ער עובד ה', אבער מיט דעם אלעס איז ער זייער געטריי און גוט און וואויל. יישר כח אייבערשטער אז איך האב גוט חתונה געהאט, איך דאנק דעם אייבערשטער פאר דעם.


מיין מאן גייט יעצט אריבער א שווערע תקופה, און ער דארף שלאפן זייער אסאך כדי ער זאל זיך קענען אויסהיילן זיין נפש, ברוך ה' אז עס איז מטופל ביי ערליכע אידן, אבער מיר איז עס ביטער ביטער שווער, און עס גייט נאך נעמען וואכן, און איך שפיר אז איך בין נישט מסוגל עס אריבערצוטראגן, איך האב נישט קשיות אויפ'ן אייבערשטן, אבער פארוואס פונקט פאר מיר און פאר מיין מאן?


מיין מאן דארף יעצט פון מיר אסאך הילף און חיזוק, און געווענליך איז ער דער וואס איז מחזק אין שטוב, און עס איז מיר זייער שווער אז די מצב איז יעצט פארקערט. איך קען נישט, איך קען טאקע נישט, איך בין צו קליין פאר אזעלכע זאכן, און ברוך ה' אז מען איז אפגעשוואכט פון שמחות, מען איז פארנומען מיט די קינדער, און דאס אליין איז שוין שווער, און מיין טאטע און מיין מאמע האלטן אז איך מוז ממשיך זיין מיין לעבן און גיין צו די ארבעט, און אזויפיל זאכן וואס איך ווייס נישט ווי אזוי זיך צו דערהאלטן מיט דעם.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר וואס צו זאגן? אן עצה, עפעס חיזוק, ווייל איך בין זייער צעבראכן און צעשאסן פון דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב אזא צער פון וואס עס גייט אויף אייך אריבער, עס רייסט מיר מיין הארץ פון וואס איר מאכט מיט, איך בעט אייך זייער דערהאלט אייך מיט אלע כוחות.


איין עצה איז דא, איר זאלט יעדן טאג אוועק געבן אפאר מינוט פאר תודה והודאה, איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אייך. ערשטנס אז איר האט אן ערליכער מאן אן עובד השם, און פאר דעם וואס ער גייט יעצט אריבער, אז דאס איז נאר אן איבערגאנג, עס איז מיט גרויסע חסדים, ער וועט צוריק ווערן געזונט און שטארק, דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייערע ליכטיגע קינדער, און דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייערע קלוגע עלטערן וואס שטארקן אייך צו האלטן די שטוב און נישט עס צעברעכן.


תודה והודאה איז אזוי וואונדערליך, ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן ווערט מען געזונט פיזיש און גייסטיש, מען באקומט פרישע כוחות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב), ווער עס דאנקט דעם אייבערשטן ברענגט אויף די וועלט כוחות פון עולם הבא, פון גן עדן; מען זעט ניסים ונפלאות.


איך ווייס אז עס איז אייך זייער שווער, איר זענט יונג און מען פרובירט אייך אויס מיט אזא שווערע נסיון, אבער וויסן זאלט איר, עס איז נאר אן אריבערגאנג, און אז איר וועט זיך דערהאלטן, איר וועט ווייטער פירן די שטוב, איר וועט ווארטן מיט סבלנות - וועט קומען א שנעלע ישועה.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - פארן צו קברי צדיקים, אויב מ'קען נכשל ווערן אין שמירת עינים?
אומאן, ראש השנה, קברי צדיקים, נסיונות, שמירת עינים, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זאל איך פארן צו קברי צדיקים אפילו אויב איך ווייס אז אויפ'ן וועג קען איך נכשל ווערן חס ושלום מיט שמירת עינים? אדער זאל איך ענדערש בלייבן אינדערהיים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די פראבלעם פון זיך היטן די אויגן - האט נישט מיט פארן צו א ציון פון א צדיק, דאס איז א פראבלעם וואס מען האט א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט; וואו מען גייט און וואו מען שטייט - דארף מען רחמי שמים זוכה זיין צו האבן שמירת עיניים, און אז מען קען גיין צו קברי צדיקים מתפלל זיין אויף ישועות ורפואות - איז זיכער מען זאל גיין און פועל'ן ישועות.


ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו פארן קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, וואס דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויסציען פון שאול תחתית".


ומכל שכן ווער רעדט נאך פון פארן קיין אומאן, זיין אין אומאן ראש השנה, וואס אפילו די נשמות וואס דער רבי קען נישט מתקן זיין א גאנץ יאר, אבער "ראש השנה" - האט דער רבי געזאגט – "קען איך יעדן איינעם מתקן זיין, אלע דארפן קומען צו מיר ראש השנה"; איז דאך זיכער, אז מען וויל זוכה זיין צו פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען, מען וויל זוכה זיין צו שמירת עיניים, טהרת המחשבה - דארף מען זיכער פארן קיין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#28 - איך קען נישט מער, זאל איך אנטלויפן?
אומאן, שלום בית, תהלים, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צרות, פרנסה, נסיונות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פיל ווי איך קען נישט מער, איך וויל ארויסטשעקן, איך גיי וואוינען אליין.


איך האב זייער ליב מיין ווייב, אבער איך האב נישט קיין געלט צו צאלן די גראסערי, מיין אינגל גייט באקומען פיאות, איך דארף קויפן ציצית און קאפל, און איך האב נישט קיין פרוטה.


אפשר זאל איך וואוינען אליין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, נישטא וואו צו אנטלויפן, אין איין פלאץ קענסטו אנטלויפן: "אנטלויף צום אייבערשטן"; גיי אין א ווינקל און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים פאר פרנסה: "רבונו של עולם העלף מיר, איך דארף פרנסה, איך האב נישט קיין געלט צו קויפן עסן פאר מיין ווייב און קינדער", נאר דאס וועט דיר העלפן.


הער א מעשה וואס האט פאסירט ביי רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, אמאל איז געווען ביי אים די מצב אזוי ווי ביי דיר, זייער ענג, ער האט נישט געהאט צו געבן פאר די קינדער קיין עסן, האט ער געטראכט ער וועט פארן קיין אדעסא וואו עס וואוינט זיין פעטער א גרויסער גביר, דער פעטער וועט אים זיכער ארויסהעלפן.


ער האט נישט געהאט קיין געלט צו דינגען א פערד און וואגן קיין אדעסא, האט ער זיך ארויסגעלאזט צופיס, ווען ער איז אנגעקומען קיין אדעסא, קלאפט ער אריין צו זיין פעטער, קומט איינער צום טיר און פרעגט: "ווער איז דארט?" ענטפערט ער: "נחמן פון טולטשין!" ער קומט אריין, דער פעטער געבט אים א קאלטע שלום עליכם, און זאגט אים: "אנטשולדיגט, איך קען נישט רעדן יעצט", און ער מאכט צו די טיר.


רבי נחמן טולטשינער האט שיער גע'חלש'ט, ער איז געווארן זייער צעבראכן, אויפן וועג אהיים האט ער זיך זייער צואוויינט צום אייבערשטן און ער האט געזאגט: "רבונו של עולם, איך שעם זיך פון דיר פארוואס איך האב זיך פארלאזט אויף מיין רייכער פעטער פון אדעסא און נישט אויף דיר, זיי מיר מוחל אייבערשטער, העלף מיר אז איך זאל אייביג געדענקען אז נאר דו קענסט מיר העלפן, און איך זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם".


שפעטער האט ער דערציילט פאר זיין רבי, רבי נתן - די מעשה, זאגט אים רבי נתן: "אז מען האט א צרה פארט מען קיין אדעסא?! אז מען האט א צרה פארט מען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון און מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן".


לויף נישט אוועק פון דיין ווייב און קינדער, אוועק לויפן וועט דיר נישט העלפן, דוד המלך זינגט אין תהלים (תהילים קלט, ו-יב): "פְּלִיאָה דַעַת מִמֶּנִּי נִשְׂגְּבָה לֹא אוּכַל לָהּ, אָנָה אֵלֵךְ מֵרוּחֶךָ, וְאָנָה מִפָּנֶיךָ אֶבְרָח", עס איז מיר א וואונדער ווי א מענטש קען טראכטן ביי זיך אז ער קען אנטלויפן פונעם אייבערשטן, "אִם אֶסַּק שָׁמַיִם שָׁם אָתָּה", ווייל אז איך וועל ארויפגיין אין הימל - ביסטו דארט רבונו של עולם, "וְאַצִּיעָה שְּׁאוֹל הִנֶּךָּ", אז איך וועל זיך באהאלטן אין תהום - ביסטו ווייטער דארט רבונו של עולם, "אֶשָּׂא כַנְפֵי שָׁחַר אֶשְׁכְּנָה בְּאַחֲרִית יָם, גַּם שָׁם יָדְךָ תַנְחֵנִי וְתֹאחֲזֵנִי יְמִינֶךָ", איך וועל אנטלויפן צו א ווייטע לאנד אריבער דעם גרויסן ים - דארט ביסטו אויך רבונו של עולם, "וָאֹמַר אַךְ חֹשֶׁךְ יְשׁוּפֵנִי וְלַיְלָה אוֹר בַּעֲדֵנִי, גַּם חֹשֶׁךְ לֹא יַחְשִׁיךְ מִמֶּךָ, וְלַיְלָה כַּיּוֹם יָאִיר כַּחֲשֵׁיכָה כָּאוֹרָה", איך וועל מיר באהאלטן אין די פינסטערניש - דארט ביסטו אויך רבנו של עולם, ביי דיר איז נישט קיין חילוק צי עס איז טונקל צו ליכטיג; איז ווי קען מען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן?!


נעם א תהלים און זינג צום אייבערשטן, דאנק אים פאר אלעס גוטס וואס ער טוט מיט דיר און אויך בעט אים פאר א נס, פאר פרנסה; וועסטו זען אז גרויסע ניסים וועט געשען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#27 - דורכפאלן אין עבירות, אדער ענדערש זיך נעמען דאס לעבן?
תשובה, נסיונות, עבירות, יאוש, זעלבסמארד, שטארבן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז לעצטנס האב איך גאר שווערע נסיונות צו פאלן אין עניני קדושה.


איך שפיר אז ענדערש זאל איך שטארבן ווי איידער אראפצופאלן אין קדושה. איך האב געזען שטיין אין ספרים אז אויב א מענטש נעמט זיך דאס לעבן כדי נישט צו זינדיגן, הייסט ער נישט קיין "מאבד עצמו לדעת".


איך גיי אריבער זייער שווערע נסיונות; ביז יעצט האב איך נישט למעשה געזינדיגט, אבער אויב וועט עס אנקומען צו דעם, וועל איך זיך נעמען דאס לעבן. איך בין שוין געווען אמאל א זינדיגער איד, היינט בין איך א ריינער איד, איך באלאנג צום אייבערשטן, און אויב קום איך אן דורכצופאלן אין עבירות, וועל איך ענדערש שטארבן ריינערהייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טייערער ברודער וואס איז מיט דיר געשען? פארוואס זאלסטו טראכטן מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן?! מיר האבן א רבי וואס האט געשריגן: "קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען", דער רבי האט געשריגן מיט א הויך קול (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל", רבי נתן זאגט (שיחות הר"ן, סימן קנג) דער רבי האט דאס געשריגן מיט זיין גאנצע כח, ער האט געשריגן בקול גדול: "גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען", עס איז נישטא אזא זאך ווי יאוש.


וואס מיינסטו, אין קבר וועט דיר זיין בעסער, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פד) אויף די וועלט ווען מען איז טרוד מיט טרדת הפרנסה וכדומה קען מען כאפן א ביס פון א ווארעם אדער א פליג, אָן וויסן אז מען כאפט יעצט א ביס, אבער אין קבר איז נישטא קיין שום טירדות און מחשבות וואס זאלן אוועק נעמען די קאפ פון הערן ווי די ווערעם קריכן און בייסן דעם מענטש, מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער אין קבר ווען מען הערט יעדע ביס פון די ווערעם און די צער וואס מען האט פון הערן ווי זיי קריכן אויפן מענטש.


קוק אויף די גוטע זאכן וואס דו טוסט, קוק אויף די מצוות; עס לוינט צו בלייבן לעבן צו קענען טון נאך איין מצוה, ווייל דאס איז מער פון עולם הבא. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, יז): "יָפָה שָׁעָה אַחַת בִּתְשׁוּבָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בָּעוֹלָם הַזֶּה", עס איז בעסער איין שעה פון טון גוטע זאכן אויף די וועלט, "מִכָּל חַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא" - פון די גאנצע עולם הבא; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון אריינכאפן נאך איין מאל אנטון תפילין, נאך איין מינוט גיין מיט ציצית.


אז דו האסט ביטערע נסיונות - זאלסטו שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיר ראטעווען, און אז דו ביסט נכשל געווארן בעבר מיט עבירות - זאלסטו תשובה טון; זיי זיך מתוודה און זאג דעם אייבערשטן אז דו גייסט מער נישט טון, און גלייב באמונה שלימה וואס דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן - גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - פארוואס איז מיין מאן געפאלן אזוי נידריג?
שלום בית, סבלנות, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, אמונה, אידישע שטוב, נסיונות, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס טרערט מיר די אויגן און עס וויינט מיין הארץ, איך האב קיינמאל גע'חלומ'ט אז איך וועל אמאל זיין פון די פרויען וואס גייען זיך אויסוויינען אויף זייער מאן.


די לעצטע פאר וואכן האט מיין מאן אנגעהויבן רעדן אסאך שמוץ, עפעס וואס איז קיינמאל געווען בעפאר. איך בין מחונך געווארן פון אלס קליין קינד אז רעדן שמוץ און ניבול פה איז ערגער פון פייער, עס ברענט מיר מיין הארץ אזוי ווייט אז איך קען ממש נישט ווייטער רעדן מיט מיין מאן נאכדעם וואס ער רעדט ניבול פה. און ווען איך בעט זיך ביי אים ער זאל אויפהערן אזוי צו רעדן, העלפט עס גארנישט.


ער האט מיר אנגעהויבן בעטן איך זאל זיך אנטון אנדערש, נישט צניעות'דיג, אדער עפעס וואס וועט מצער זיין מיינע עלטערן, ביינאכט מאכט ער מיר משוגע אז ער וויל אהער און אהין. און אז איך זאל זיך קויפן נייע נאכט קליידער אזוי ווי די גוים, עפעס וואס איז אים אפילו נישט אנגעגאנגען אמאל, ער האט ניטאמאל געוואוסט וואסערע סארט קליידער איך גיי, אדער וועלכע פארב עס איז.


ער רעדט צו מיר אסאך וועגן די גוי'טעס אין שטאט, ווי שיין זייער האר איז, ווי אזוי זיי גייען אנגעטון, און פארוואס איך גיי נישט אזוי אנגעטון, און אזוי ווייטער. איך וויל ווייטער גיין אנגעטון איידל און הייליג אזוי ווי ביז יעצט.


זיין יראת שמים איז ממש פארשוואונדן געווארן, ער האט נישט קיין געדולד צו מיר און צו מיין בעבי, ער איז אינדערהיים זייער ווייניג, ער ענטפערט מיר כמעט נישט ווען איך רוף אים, מיין אפעטיט איז מיר אראפ, איך שלאף נישט ביינאכט, איך וויין אן א שיעור פון פחד וואס גייט זיין נעקסט. און צו דעם אלעם ווארט איך אויף א שמחה בקרוב. מיין מח לויפט א גאנצן צייט אז באלד גיי איך זיין צעטיילט, גע'גט, און איך גיי האבן צוויי קליינע קינדערלעך אליין.


יעצט ערב פסח, אנשטאט צו זיין פרייליך אז איך האב א ריינע הויז און אז עס קומט אזא לעכטיגע יום טוב, זיץ איך און איך וויין. ווען מיין מאן קומט אהיים פרוביר איך מיט אייזערנע כוחות צו שמייכלען און אים אויסהערן, איך טו זיך אן שיין און פארב זיך די פנים, אבער אין ווייניגער פון פינף מינוט איז ער שוין אינדרויסן פון שטוב.


ווען איך פרוביר רעדן מיט אים ביינאכט, טענה'ט ער אז ער איז מיד און ער דארף שוין אויפשטיין צו די ארבעט; און אויב הערט ער אז איך וויין ביינאכט, שרייט ער אויף מיר אז אויב איך ווער נישט שטיל וועט ער מיר שלאגן, און עס איז טאקע אזוי געווען, אדער סטראשעט ער מיר אז ער וועט אויפוועקן מיין בעבי אז איך זאל נישט קענען שלאפן ביינאכט. בקיצור, די לופט ארום מיר איז שווארץ, איך פיל ווי עס ענדיגט זיך מיר די ריינע לופט, און אז עס גייט עפעס שלעכט געשען.


ער האט אנגעפאנגען א נייע ארבעט אויף א פלאץ מיט מענטשן אן יראת שמים, און אזוי אויך ארבעט דארט א שווארצע גוי'טע. איך בעט זיך ביי אים ער זאל אפלאזן די ארבעט, אבער ער טענה'ט אז נאך אביסל גייט ער ווערן א מענעדזשער, און דעמאלט גייט ער שוין נישט האבן צוטון מיט זיי, אבער די תירוץ איז שוין לאנג אפגעלאפן.


הלואי זאל איך זוכה זיין דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר מחזק זיין און ארויסנעמען פון מיין שווערע מצב. אזוי אויך וויל איך בעטן דער ראש ישיבה שליט"א זאל מחזק זיין מיין מאן, ער האט זייער ליב דעם רבינ'ס דיבורים. איך בין זיכער אז א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א וועט אים צוטרייסלען די הארץ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת טהרה, י' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר גייט אריבער פאסירט ליידער ביי אסאך שטיבער, די נסיונות זענען היינט זייער גרויס. מוהרא"ש זאגט, נישט געווען אין די וועלט אזעלכע נסיונות ווי עס איז היינט דא; ביים דור המבול און ביי די דור הפלגה איז נישט געווען די נסיונות וואס א אינגערמאן גייט היינט אריבער.


ערשטנס וויל איך אייך בעטן איר זאלט זיך נישט פארלירן, איר דארפט זיך זייער שטארקן מיט אמונה, גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער היט אייך, און דער אייבערשטער וועט אייך נישט פארלאזן; ווייל זיין פארלוירן און לעבן מיט פאניק וועט גארנישט העלפן, עס וועט נאר ערגער מאכן.


צווייטנס, איר זאלט יעצט נישט זאגן מוסר פאר אייער מאן, ווען א מענטש איז שיכור אדער פאר'סמ'ט קען מען אים נישט זאגן מוסר, יעצט קענט איר נאר שמייכלען צו אים, און אים ווייזן, אים געבן צו שפירן - ווי איר זענט מיט אים, על כל פנים זיך מאכן דאס מערסטע וואס איז שייך, און אז ער פארלאנגט זאכן וואס איז קעגן די תורה, דארף מען מיט חכמה זיך ארויסדרייען, דאס הייסט נישט שטעלן א ווידערשטאנד און זאגן: "מען טאר נישט!" "מען מעג נישט!" נאר מיט חכמה זוכן תירוצים פארוואס מען קען עס נישט טון.


איך ווייס אז עס גייט אייך זיין זייער שווער צו נעמען דעם גאנג, דאס לעבן איז אייך פארטונקלט געווארן, עס איז זייער שרעקעדיג, אבער ההכרח לא יגונה, אז מען האט נישט קיין ברירה - טוט מען וואס מען דארף צו טון.


ווען קיינער זעט נישט, ווען אייער מאן איז נישט אין שטוב - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן עס זאל אריינגיין אין אים א רוח טהרה ממרום, בעטס דעם אייבערשטן אין אייער שפראך, אויף אייער מאמע לשון: "הייליגער באשעפער העלף מיר, געב מיר אן ערליכע שטוב, מיין מאן און מיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, איך מיין מאן און די קינדער זאלן לעבן מיט אמונה, לעבן מיט די תורה, לעבן מיט יראת שמים. הייליגער באשעפער איך בין אזוי דערשראקן, מיין מאן רעדט נישט איידל, און די פלאץ וואו ער ארבעט האט א נישט גוטע השפעה אויף אים, איך בעט דיר אייבערשטער, ראטעווע מיר מיין שטוב, ראטעווע מיין מאן פון שלעכטס, איך וויל בויען א משכן פאר די שכינה הקדושה, האבן א שטוב מיט קינדער וואס מען לעבט מיט די תורה, מען לעבט מיט צדיקים, מען לעבט מיט יראת שמים".


איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן מיט שמחה, ווייל די תפילות וואס מען בעט מיט שמחה - איז זיס און געשמאק פארן אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות תפילה, סימן פא): "תְּפִלָּה שֶׁהִיא בְּשִׂמְחָה", ווען מען בעט דעם אייבערשטן מיט שמחה, "הִיא עֲרֵבָה וּמְתוּקָה לַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", די תפילות זענען זיס און איינגענעם ביים אייבערשטן, און ווען איר וויינט – זאלט איר נאר וויינען פון שמחה, נאר זיסע טרערן, די ביטערע טרערן איז נישט די ריכטיגע, מען דארף זיין פרייליך, גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער היט און ער וועט נישט פארלאזן, און מען בעט אים א מתנת חינם; דעמאלט זעט מען ניסים.


איך שיק אייך א בריוו איר זאלט דאס געבן פאר אייער מאן.


נאכאמאל וויל איך אייך שטארקן מיט די ערשטע נקודה, זיך נישט פארלירן און זיך זייער שטארקן מיט אמונה, ווייל אין דעם איז אלעס געוואנדן, מיט אמונה איז ליכטיג, מיט אמונה זעט מען ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#25 - פארוואס פאל איך דורך דוקא אום שבת קודש?
שבת קודש, קדושה, לימוד התורה, נסיונות, עבירות, היטן די צייט, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים, איך הער זיי אויס אויפ'ן טעלעפאן ליין "קול ברסלב", עס גיבט מיך אסאך חיזוק, און בעיקר די שיעורים איבער קדושת הברית מיט וואס איך מוטשע זיך זייער שטארק.


אסאך מאל ווען איך באקום אן התעוררות פון א ניגון אדער פון א שיעור, ברעך איך עס דורך; ווען עס קומט אבער שבת און פרייטאג צונאכטס נאך די סעודות איז עס אוממעגליך, און נאכדעם פאל איך אראפ. איך גיי נאר בארג אראפ, ערגער און ערגער יעדעס מאל, אן קיין גרעניץ. איך שפיר ווי עס איז מיך אפילו נישט ווערד צו פרובירן, ווייל אפילו אויב איך וועל זיך יא קענען איינהאלטען פאר אביסל, איז מיר זיכער אז איך גיי נאכאמאל אראפפאלן אום שבת, און נאך אראפפאלן ערגער און ערגער.


ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר העלפן און זאגן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קען זיין ווען עס קומט דער הייליגער טאג שבת קודש דעמאלט גייסטו ליידיג, דעריבער האסטו דעמאלט שווערע נסיונות; גיין ליידיג איז א שרעקליכע זאך, גיין ליידיג ברענגט צו אלע עבירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", ליידיג גיין ברענגט צו אלעס שלעכטס. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות ניאוף, סימן י): "אִישׁ בָּטֵל שֶׁאֵין עוֹסֵק בְּשׁוּם עֵסֶק, עַל יְדֵי זֶה תַּאֲוָתוֹ מְרֻבָּה וכו'", דער ליידיגייער וואס טוט גארנישט - דער האט אסאך נסיונות און פאלט אראפ אין עבירות, עיין שם.


שבת נאך די סעודה זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין די הייליגע תורה, גיי נישט ליידיג חס ושלום זינדיגן אין די עבירה, ווייל די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז זייער זייער א גרויסע עבירה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שלחן ערוך אבן העזר סימן כג, סעיף א): "אָסוּר לְהוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה", מען טאר נישט פוגם זיין בברית, "וְעָוֹן זֶה חָמוּר מִכָּל עֲבֵרוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה", און די עבירה איז הארבער פון אלע עבירות פון די תורה, נאך זאגן זיי (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה, "רַבִּי יִצְחָק וְרַבִּי אַמִּי אָמְרֵי, כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", רבי יצחק און רבי אמי זאגן, עס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים, "רַב אַסִּי אָמַר, כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", רב אסי זאגט, עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון זאגן משניות. יעדן טאג זאלסטו לערענען פרקים משניות, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן פרקים משניות יעדן טאג, דאס וועט דיך ארויסנעמען פון דיין בלאטע. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִלּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה, עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; ווען רבי נתן האט געהערט די שיחה, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי אים געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס"; אפילו א מענטש וואס ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - ווי אזוי האלט איך זיך שטארק, ווען מיין מאן דארף מיר נישט האבן?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, שמחה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט אויב דער ראש ישיבה שליט"א האט געזען די פריערדיגע בריוון וואס איך האב געשיקט, אבער מיר העלפט עס סיי ווי, אלץ נאכ'ן שרייבן און שיקן א בריוו ווערט מיר פיל גרינגער, איך רעד נישט צו קיינעם פון וואס איך גיי אריבער, נאר צום אייבערשטן, און איך שרייב בריוו צום ראש ישיבה שליט"א.


איך וויל זיך דא אויסוויינען; איך האלט זיך שטארק און פרייליך פאר א שטיק צייט, אבער נאכדעם פאל איך פלוצלינג אראפ, איך ווער דעפרעסט און צעבראכן, און איך דארף זיך אליין אויפהייבן און אנגיין ווייטער ווי גארנישט וואלט געווען. ווען איך בין פרייליך איז יעדער פרייליך, איך דארף אבער די כוחות זיך אויפצוהויבן און אנגיין, איינער זאל מיר שטארקן, איינער זאל מיר זאגן אז איך טו גוט, אז איך בין גוט, אז איך זאל ווייטער גיין אין לעבן מיט א שטארקייט, אז דער אייבערשטער איז צופרידן פון מיר, אז איך זאל נאר קוקן אויף מיר און עס זאל מיר שטערן וואס מיין מאן טוט.


איך שפיר א שטארקע אחריות, איך פיל אז אלעס אינדערהיים ליגט אויף מיר, די רוחניות, די גשמיות, די שמחה, די שלום, די ליבשאפט. ווי אזוי איך בין, אזוי וועט מיין מאן זיין. אבער קודם מוז איך זיך אליין מחזק זיין, איך האב צופיל אויף מיין קאפ, און איך וויל מיינע קינדער זאלן האבן א צופרידענע מאמע, און עלטערן וואס לעבן מיט שעצונג און ליבשאפט. און אז קיינער געבט מיר נישט קיין חיזוק ווערטער, מוז איך זיך אליין עס געבן.


איך מאך זיך פרייליך און איך טו וואס איך דארף, עס האלט זיך אבער נאר ביז ווען עס פלאצט, ביז ווען איך קען מער נישט אויסהאלטן ווי אזוי מיין מאן פירט זיך אויף. איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל מיר נישט שטערן, אבער איך האלט עס נישט אויס. מיין מאן קוקט שמוציגע זאכן, ער באהאלט פון מיר זאכן. ער שטארקט זיך טאקע מיט'ן זאגן משניות. ער איז געטריי צו מיר, ער העלפט מיר, ער דאווענט און ער רעדט צום אייבערשטן, ש'כח אייבערשטער אז כאטש די חינוך פון די קינדער ווערט נישט געשטערט, אבער פון מאל צו מאל ציפט עס מיר זייער שטארק, עס צעמישט מיך, וואו האלט ער אין זיין לעבן? ער איז דא, אדער דארט? ער טראכט פון אנדערע, אדער דארף ער מיך? בין איך גענוג גוט פאר אים? איז ער צופרידן פון מיר?


עס טוט מיר זייער וויי די געפיל אז איך לעב מיט איינעם וואס האט מיך אויסגענארט פאר א לאנגע צייט, און נארט מיר נאכאלץ אויס, מיט'ן באהאלטן זאכן פון מיר. איך האב מיט אלע כוחות זיך צוריק געשטעלט אויף די פיס, צוריק אויפגעבויעט א ליבשאפט און טראסט, אים געגעבן מיין גאנצע לעבן, מיט רואיגקייט און שמחה און ליבשאפט, אבער איך באקום גארנישט צוריק פון דעם, ער האט נישט קיין געדולד צו מיר, יעדעס מאל איך רוף אים שפיר איך ווי איך שטער אים, אויב איך רוף אים פרעגן ווען ער קומט אהיים, שפיר איך אז איך לויף אים צופיל נאך. ווי אזוי קען איך כאטש פון מיין זייט שפירן אז איך האב א מאן? איך וויל זיין אלעמאל פרייליך און צופרידן, טון נאר וואס מ'דארף, און זאכן זאלן מיך אויפהערן שטערן.


ווי אזוי קען איך מצליח זיין צו לעבן רואיג מיט א שטאלצקייט, און נישט זיין פארנומען מיט וואס מיין מאן טוט? ער קומט אסאך מאל אהיים שפעט, און דעמאלט טראכט איך אלץ, 'וואס טוט ער יעצט?', 'וואו איז ער יעצט?', ווי אזוי קען איך לעבן מיט פארמאכטע אויגן? איך וויל עס זאל מיר נישט שטערן וואס ער טוט, ווי אזוי קען מען דאס אבער באווייזן? עס גייט מיר נישט.


יעדע שטיק צייט ווער איך זייער דעפרעסט און צעבראכן פון דעם, איך פארליר די כח צו קענען ווייטער אנגיין, איך מוז באקומען חיזוק זיך צו קענען האלטן ווייטער פרייליך און צופרידן.


יישר כח פאר די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן א צייט צוריק, דערווייל בין איך זיך מחזק מיט דעם, אבער איך וויל האבן נאך חיזוק צו קענען אנגיין אין לעבן מיט שמחה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, שובבי"ם, י"ג שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א אידישע פרוי וואס האדעוועט אויף די קינדער מיט מסירות נפש פארן אייבערשטנ'ס וועגן און האלט איר שטוב מיט ציין און נעגל; אויף די פרויען שטייט די וועלט, צוליב די פרויען האט דער איבערשטער ארויסגענומען כלל ישראל פון מצרים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט שמעוני תהלים, סימן תשצה) בזכות די ערליכע פרויען, די קלוגע פרויען - זענען מיר ארויס פון מצרים. די מענער זענען געווען פארשקלאפט און פארפלאגט פאר די מצריים - אזוי ווי היינט; מען האט געארבעט ביטער שווער, זיי זענען געווען אזוי אריינגעטון אין מאכן געלט, איינגעטינקען אין די גרעסטע טומאה, אין די מ"ט שערי טומאה רחמנא לצלן, די מענער זענען נישט אהיים געקומען צו די ווייבער; וואס האבן די קלוגע ערליכע פרויען געטון? זיי זענען געגאנגען צו זייערע מענער אויפן פעלד, דארט וואו זיי האבן געארבעט, זיי האבן געברענגט פאר זייערע מענער וואסער מיט קליינע פיש, זיי האבן זיי אפגעוואשן וכו', און אזוי איז ארויסגעקומען די גאנצע אידישע פאלק וואס זענען ארויס פון מצרים און מקבל געווען די הייליגע תורה ביים בארג סיני; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א אידישע פרוי וואס גייט צו איר מאן, זי קוקט נישט אויף דעם אז איר מאן איז אין די מ"ט שערי טומאה, זי טוט רצון השם, זי טוט איר חלק וואס דער אייבערשטער וויל פון איר.


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך מיט אלע אייערע כוחות, איר זאלט נישט ארויסווייזן קיין שוואכקייט, איר זאלט שטילערהייט בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן כח, און העלף אז מיין מאן זאל קענען עומד זיין אין די שווערע ביטערע נסיונות"; פאר אייער מאן זאלט איר ווייזן א שמייכל און רחמנות האבן אויף אים, און דער אייבערשטער וועט שיקן זיינע מלאכים אייך צו שטארקן און אייך נישט לאזן פאלן.


ווען משיח וועט קומען וועט מען זען דאס גרויסקייט פון די ערליכע קלוגע בראווע פרויען וואס האבן געבויעט זייערע שטיבער מיט מסירות נפש, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ילקוט רות, רמז ד): "אֵין הַדּוֹרוֹת נִגְּאָלִין אֶלָא בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת שֶׁבַּדּוֹר", משיח וועט קומען נאר בזכות די ערליכע פרויען פונעם דור; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (סוטה יא): "בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת נִגְאַלוּ אֲבוֹתֵינוּ מִמִּצְרַיִם, וּבִזְכוּתָן עֲתִידִין לְהִגָּאֵל", אין די זכות פון די פרויען זענען מיר אויסגעלייזט געווארן פון מצרים און בזכות זיי - וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון גלות; די פרויען וואס לייגן אלעס אין דער זייט ווען עס קומט צו טון דעם רצון ה', זיי העלפן זייערע מענער און ציען אויף די קינדער - אין זייער זכות וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - ווי אזוי גיי איך צו מיין חתונה מיט אזויפיל נסיונות?
חתונה, קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה, נסיונות, התבודדות, עצבות, סדר דרך הלימוד, משניות, גמרא, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן, איך גיי שוין באלד חתונה האבן, און איך וויל זייער שטארק אויפשטעלן א שיינע ערליכע ריינע אידישע שטוב, אבער איך ציטער זייער שטארק אז דאס וועט נישט געשען, ווייל איך בין ממש משוגע פון מיינע תאוות.


ווען איך זע א שיינער בחור ווער איך ממש משוגע, איך קען נישט אויפהערן קוקן, אפילו ווען איך בין אינדערהיים אויף שבת באקום איך נסיונות פון מיינע געשוויסטער, וואו איך גיי און וואו איך שטיי האב איך נאר נסיונות, איך שפיר אז איך בין פשוט א שייגעץ, פול מיט שלעכטע מחשבות און געדאנקען, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


איך וויין אסאך צום אייבערשטן, איך וויל אזוי שטארק זיך ארויסזען פון מיינע פראבלעמען און נסיונות, עס טוט מיר אזוי שטארק וויי, איך וויל אזוי שטארק אויפשטעלן א ריינע ערליכע שטוב, איך וויין בשעת איך שרייב די שורות, איך ווער פארברענט, וואס וועט זיין מיט מיר?


וועל איך שוין בלייבן מיט די נסיונות א גאנץ לעבן? ווי אזוי קען איך אריינברענגען אין מיר שמירת הברית, אין די צייט וואס איך בין אזוי וועט פון דעם? איך בעט זייער דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ארויסהעלפן און ווייזן א וועג.


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, בפרט ווען דער ראש ישיבה שליט"א רעדט צו חתנים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך דארף פון דיר דריי זאכן, דאס ערשטע זאך זאלסטו יעדן טאג לערנען אפאר פרקים משניות און גמרא. וועסט מן הסתם זיך נישט קענען קאנצעטרירן ביים לערנען צוליב וואס דיין מח מחשבה איז דיר אויסגעריסן פון אזויפיל מחשבות רעות, זאלסטו זיך נישט צוריקהאלטן פון לערנען, זאלסט לערנען אן פארשטיין, זאלסט זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; זאג א משנה און נאך א משנה און נאך א משנה אן פארשטיין, ביז דו וועסט ענדיגן א פרק, און זאלסט גיין ווייטער צו נאך א פרק, אזוי אויך גמרא; זאג גמרא הויך אויפן קול, א בלאט נאך א בלאט.


צווייטע זאך, זאלסט גיין יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ, זאלסט דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס דו ביסט משוגע, ווי דער יצר הרע מאכט דיך משוגע, וויין צום אייבערשטן. דאס זאלסטו טון יעדן טאג, און אז דו שפירסט ווי די מויל איז דיר פארמאכט און פארקלאפט - זאלסטו פון דעם אליינס מאכן א תפילה און בעטן דעם באשעפער ער זאל דיר העלפן זאלסט קענען ארויסזאגן אפאר ווערטער צו אים.


דריטנס, זאלסט זיך מוסר נפש זיין אויף שמחה, א גאנצן טאג זאלסטו נאר טון זאכן וואס מאכן דיך פרייליך, זאלסט טראכטן פון דיינע גוטע זאכן וואס דו האסט און פון די גוטע זאכן וואס דו טוסט, ווייל שמחה איז די עצה אויף שמירת הברית. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט): "כִּי כְּשֶׁתִּזְכֶּה לְשִׂמְחָה אֲזַי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּעַצְמוֹ יִשְׁמֹר לְךָ אֶת הַבְּרִית", אז דו וועסט זיין פרייליך וועט דער אייבערשטער דיך אפהיטן, "דְּהַיְנוּ שֶׁיִּהְיֶה בְּעֶזְרְךָ לִשְׁמֹר אֶת הַבְּרִית קֹדֶשׁ", ער וועט דיר העלפן זאלסט זיין אפגעהיטן פון פגם הברית, "כִּי עִקַּר פְּגַם הַבְּרִית הוּא עַל יְדֵי עַצְבוּת כַּיָּדוּעַ", ווייל דורך זיין דערביטערט פאלט מען אראפ אין פגם הברית, "כִּי פְּגַם הַבְּרִית בָּא עַל יְדֵי הַקְּלִפָּה הַיְדוּעָה שֶׁנִּקְרֵאת לִילִית", די קליפה וואס ווארפט אראפ אין פגם הברית איר נאמען איז ל י ל י ת, "עַל שֵׁם שֶׁמְּיַלֶּלֶת תָּמִיד", זי וויינט שטענדיג, "שֶׁזֶּהוּ בְּחִינַת עַצְבוּת", פון דעם קומט זיין בעצבות, "וְעַל כֵּן עִקַּר שְׁמִירַת הַבְּרִית זוֹכִין עַל יְדֵי שִׂמְחָה", און אז מען איז פרייליך - איז מען אפגעהיטן פון די שלעכטע זאכן.


נאר די איין צייט אין טאג וואס דו גייסט זיך מתבודד זיין - דעמאלט זאלסטו זיך אויסקרעכצן און אויסגיסן דאס הארץ, אבער די איבריגע צייט פון טאג - זאלסטו זיין פרייליך. קוק נאך די ווערטער פון רבי'ן (שם חלק ב', סימן כד): "וְרָאוּי לִקְבֹּעַ לוֹ אֵיזֶה שָׁעָה בַּיּוֹם", עס אזי גוט מען זאל זיך באשטימען א צייט אין טאג, "לְשַׁבֵּר לִבּוֹ", זיך צו צעברעכן דאס הארץ, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ", און זיך אויסשמועסן אלעס וואס איז אין הארץ מיטן אייבערשטן, "אֲבָל כָּל הַיּוֹם כֻּלּוֹ צָרִיךְ לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה", אבער די איבריגע טאג זאל מען זיין נאר פרייליך.


אז דו וועסט זיין שטארק מיט די דריי זאכן, זאגט דער רבי דיר צו אז דו וועסט ווערן אויסגעהיילט פון די עקלדיגע שמוציגע זאכן, דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - עס פלאקערט אין מיר דער יצר הרע, וואס טו איך?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, נסיונות, עבירות, משניות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך בין יעצט אין א קיאסק, און דער יצר הרע ברענט אין מיר אז איך זאל זוכן שמוץ, איך זוך און זוך, און איך זע זיך נישט ארויס פון דעם.


ס'איז דא א פילטער, אבער מיין מח איז אזוי שוואך אז איך זוך שוין אויף קליידער, איך וויל זיין גוט, איז נאך דא פאר מיך א וועג ארויס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג אסאך משניות, דאס וועט דיר רייניגן דיינע מחשבות, און געב זייער אכטונג אויף דיינע אויגן און דיין מחשבה. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז נאך ערגער פון טון עבירות, אז מען היט נישט די אויגן קומט מען צו טראכטן פון שלעכטס ביז מען פאלט אראפ און מען ווערט טמא, אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (סוטה ח.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע איז מצליח אראפ צו ווארפן דעם מענטש נאר אז מען היט נישט די אויגן; אז מען היט נישט די אויגן פאלט מען אראפ אין פגם הברית רחמנא לצלן, נאך זאגן די הייליגע חכמים (עיין במדבר רבה י, ב; תנחומא שלח, טו): "עֵינָא וְלִבָּא תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַעֲבֵירָה", די אויגן און די הארץ זענען די סעילעסלייט (מעקלער) צו עבירות, "עַיִן רוֹאֶה", עס הייבט זיך אן אז מען קוקט עבירות, "וְהַלֵּב חוֹמֵד", נאכדעם גליסט מען צו טון עבירות, "וּכְלֵי הַמַּעֲשֶׂה גּוֹמְרִים", ביז מען פאלט אראפ, מען זינדיגט רחמנא לצלן; דערפאר דארף מען זייער שטארק אכטונג געבן אויף די אויגן, נישט צו קוקן קיין שום קוק וואס ברענגט צו טראכטן פון עבירות.


דו ווייסט אוודאי די מעשה וואס האט פאסירט אמאל ביים רבי'ן אין שטוב פאר פסח ווען מען האט איבערגעפארבט די דירה, און דעם רבינ'ס טאכטער די צדיקת אדל האט געהאלפן מסדר זיין די דירה און איבערדעקן די מעבל וכו' אז עס זאל נישט ווערן שמוציג. אויפן וואנט האט געהאנגען א טייערע זייגער, האט אדל גענומען א פרויען טיכל און איבערגעדעקט דערמיט דעם זייגער אז עס זאל נישט שמוציג ווערן, האט איר דער רבי געזאגט: "מיט דעם דעקסטו איבער די זייגער? דו ווייסט נישט אז עס זענען דא אזעלכע שוואכע מוחות, וואס ווען זיי זעען נאר א פרויען טיכל באקומען זיי שוין שלעכטע מחשבות?! נעם עס אראפ און דעק עס איבער מיט א צווייטע זאך".


איין עצה איז דא, שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, עס פלאקערט אין מיר דער יצר הרע, עס פלאקערט אין מיר תאות ניאוף, ראטעווע מיך פון עבירות, היט מיך מיינע אויגן, העלף מיר איך זאל האבן ריינע מחשבות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - ווי אזוי שטארקט מען זיך, נאכ'ן כאפן קלעפ פונעם אייבערשטן?
התחזקות, רפואה, חיזוק פאר פרויען, אמונה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פון וואו נעמט מען די כוחות ווייטער אנצוגיין? אין די לעצטע האלבע יאר האב איך צוויי מאל אנגעהויבן ווארטן, און ביידע מאל פארלוירן לא עלינו. איך האב נישט קיין שום קשיות אויפ'ן אייבערשטן, איך ווייס אז אלעס וואס ער טוט איז גוט, פון וואו נעמט מען אבער די כוחות ווייטער אנצוגיין? פארוואס זאל איך וועלן נאכאמאל אנהייבן ווארטן? איך האב מורא נאכאמאל צו פארלירן. עס איז יסורי הגוף והנפש וואס קיינער קען נישט פארשטיין, מען קען עס פאר קיינעם נישט דערציילן, און מען דארף ווייטער אנגיין כאילו גארנישט האט פאסירט, און דאס קאסט אסאך אסאך כוחות. איך בין בסך הכל א קליין מענטשעלע מיט א הארץ פון פלייש, וויפל קען איך פארנעמען?


איך שרייב די בריוו און איך וויין, ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אראפנעמען פון זיין טייערע צייט און מיר געבן אביסל חיזוק, ווייל איך קען נישט מער כאפן קלעפ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קלעפ? ווער כאפט קלעפ? פארוואס זאלט איר דאס אנקוקן ווי קלעפ? דער אייבערשטער איז אזוי גוט, ער מאכט נאר גוט, ער היט דעם מענטש פון אזויפיל שלעכטס, און אנשטאט מיר זאל אים דאנקען - קוקן מיר אויף די חסדים ווי דאס איז קלעפ?!


אז איר האט צוויי מאל פארלוירן אין איין צי - איז דאס קלעפ? דאס איז רחמים וחסדים; וואס ווייסן מיר קליינע מענטשעלעך דרכי המקום ברוך הוא? וואס ווייסט איר וואס מען היט אייך אפ פון הימל? עס איז אלעס רחמים וחסדים גדולים.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די שיינע שטוב וואס איר האט, און ווי מער איר וועט דאנקען - וועט קומען נאך און נאך חסדים


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - זאל איך ווייטער גיין אין מקוה?
תפילות אויף אידיש, נסיונות, מקוה, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרישער אינגערמאן, איך האב אלץ בחור אסאך געליטן פון פגם הברית רחמנא ליצלן, איך בין געלעגן טיף טיף אין בלאטע, אבער ברוך ה' נאך די חתונה האב איך זיך זייער שטארק פארבעסערט.


איך האב אבער איין גרויסע און ערנסטע פראבלעם, אז עס איז מיר זייער שווער צו גיין אין מקוה, ווייל עס א פלאץ וואו עס פאסירט אסאך מכשולות און נישט גוטע זאכן.


איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל נישט נכשל ווערן, אבער למעשה איז מיר עס זייער שווער. וואס זאל איך טון? זאל איך ווייטער גיין אין מקוה אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו גיין אין מקוה, מקוה איז מטהר דעם מענטש; מאך א שנעלע מקוה, רעד נישט אין מקוה, און הייב נישט אויף דיינע אויגן אין מקוה.


מאך זיך א שיעור אין משניות, זאג יעדן טאג אסאך פרקים משניות, משנה איז מטהר ומזכך את הנפש, עס איז משנה דעם מענטש, עס וואשט אפ און רייסט אוועק די שלעכטס. עס וועט דיר זיין שווער אין אנהויב צו פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל זינד און אזויפיל פוגם זיין בברית - פארלירט מען די כח פון זיך קענען קאנצעטרירן און פארשטיין לערנען, זאלסטו נישט ווערן צעבראכן, נאר דו זאג די ווערטער פון משניות אפילו אן פארשטיין; ווייל אז מען זאגט אסאך משניות - באקומט מען מיט דער צייט א נייעם ריינעם מח, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין די הייליגע תורה.


גיי יעדן טאג אין מקוה, פארפאס נישט קיין איין טאג מקוה. די נסיונות הויבן זיך נישט אן אין מקוה, די נסיונות איז דא טאג און נאכט, און מקוה איז מטהר את הטמאים. קענסט גיין אין די צייט וואס עס איז ליידיג, אזוי וועט דיר עס זיין גרינגער, און אז דו ווילסט פטור ווערן פון די שווערע ביטערע נסיונות - זאלסטו נעמען די עצה פון התבודדות, גיי אין א שטילע פלאץ און גיס אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, עס איז מיר אזוי שווער, דער יצר הרע ברענט אין מיר, איך קען נישט טראכטן גראד, איך טראכט שלעכטס, הייליגער באשעפער, געב מיר כח זיך צו קענען היטן פון שלעכטע מחשבות, שלעכטע הסתכלות"; אזוי זאלסטו בעטן, ביז דו וועסט זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - ווי אזוי שטארקט מען זיך ווען מען גייט אריבער שוועריקייטן?
התחזקות, אמונה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר שרייבט איר מיר עפעס חיזוק? ס'גייט איבער אויף מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש דערציילט (אשר בנחל, מכתב יד-תלז) עס איז געווען א צדיק וואס האט אסאך געליטן פון זיין ווייב און קינדער, און מען פלעגט שטענדיג הערן ווי דער צדיק זאגט צו זיך: "אזוי וויל דער אייבערשטער", "אזוי וויל דער אייבערשטער"; ער האט זיך גע'חזר'ט די אמונה ער זאל נישט מהרהר זיין אויפן אייבערשטן.


דאס איז די גרעסטע זאך; אפילו עס גייט אריבער שווערע ביטערע צייטן זאל מען נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, מען זאל געדענקען: "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא" (דברים לב, ד).


מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן נאר איין זאך, אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט. מיר דארפן שטענדיג חזר'ן: 'מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט, דער אייבערשטער פירט די וועלט, ער מאכט נאר גוט, ער מאכט נאר פאר אונזער טובה'.


נעם אריין אמונה אין דיר, וועסטו שפירן א רואיגקייט אין לעבן; אלעס וועט דיר גיין גרינגער. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה", ווער עס האט אמונה, "חַיָּיו חַיִּים", דער לעבט א לעבן, "וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", אלעס גייט גרינגער און עס איז אים שטענדיג גוט, "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב", ווייל ווען עס גייט אים אלעס אזוי ווי ער וויל - "בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", איז דאך גוט, "וַאֲפִלּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ", און אפילו ווען עס איז נישט אזוי, "דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר", ווען עס גייט אים נישט אזוי ווי ער וויל, "וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִין חַס וְשָׁלוֹם", און ער ליידט יסורים חס ושלום, "גַּם כֵּן טוֹב", איז אים אויך גוט,"כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן, אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און אים העלפן. ווייל אז דער אייבערשטער ברענגט מיר די שלעכטס - איז דאך זיכער אז דאס איז גוט פאר מיר, "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם, חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל, כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת, כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל, מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל, וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב, מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", אבער דער וואס האט נישט קיין אמונה - דער האט נישט קיין לעבן, ווייל ווי נאר עס גייט אים איבער עפעס שלעכטס - האט ער נישט קיין שום טרייסט, ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, ווייל ער גלייבט דאך נישט אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ כַּנַּ"ל", אבער דער וואס לעבט מיט אמונה - האט א שיינע זיסע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#18 - איז דא אן היתר פאר מיר צו מעגן קוקן מאוויס?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, מאוויס, שמחה, תשובה, נסיונות, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ס'האט זיך מיר אלעס געלוינט פאר די ווארעמע שיינע בריוו וואס איך האב באקומען, די ווערטער האבן מיר געגעבן אסאך חיזוק און אסאך התרגשות. טרערן האבן געגאסן פון מיינע אויגן ווען איך האב געליינט וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן. אמן אויף אלע גוטע ברכות, און א גרויסער יישר כח, דער גרעסטער טעראפיסט קען נישט אויפטון וואס דער דער ראש ישיבה קען.


אויך האב איך געוואלט מזכיר זיין אז איך בין זייער צעבראכן און דעפרעסט, איך בין נישט פרייליך, עכט דארף איך זיין אזוי פרייליך א גאנצן טאג. נאך א זאך וואס איך האב געוואלט איבערגעבן פאר'ן ראש ישיבה, אז איך הער נישט אויף צו זוכן פון אונטער דער ערד וואו איך קען טרעפן עפעס א שטיקל מאווי, עפעס א ברעקל עבירות, רחמנא ליצלן. איך זיץ שעות אויף שעות און איך פרוביר צו העקן די פילטער; איך ווייס נישט וואס גייט פאר מיט מיר, פארוואס ציעט מיך אזוי שטארק צו שלעכטס און צו עבירות?! איך שעם זיך פון מיר אליין, פארוואס קען איך זיך נישט איינהאלטן פון זוכן שמוץ? פון צוריק אריינקריכן אין בלאטע?! איך ווייס אז ס'איז נישט גוט פאר מיר, איך ווייס ווי שעדליך און עקלדיג עס איז פאר מיין לעבן, פאר מיין נשמה, אבער איך האב עס נאכאלץ אזוי ליב, איך האב אזוי ליב צו וואטשן און קוקן פאלשע זאכן.


אפשר מעג איך צוריק אנהויבן קוקן מאוויס? ווייל ס'העלפט מיר סיי ווי נישט, נישט קיין חילוק אז ס'איז דא א פילטער, און איך האב שוין אוועקגעווארפן מיין סמארטפאון און מיין די.ווי.די. פלעיער און אלע מאוויס וואס איך האב צוזאמגעקויפט. אבער יעדעס מאל וואס איך ווארף אוועק א שלעכטע זאך, בענק איך זיך נאכדעם צוריק צו מאוויס, נאך מער פון פריער, און איך זוך א נייע וועג צוריק צו מיין מאוויס.


וואס איז די עצה? איז דען דא א וועג ארויס פאר מיר פון מיין עדיקשן? איך וויל זיין אמת'דיג, איך מיין הארץ האף איך אז דער ראש ישיבה זאל מיר ענטפערן אז איך מעג קוקן מאוויס. איך חלום פון מאוויס, איך חלש פאר מאוויס! גארנישט אינטערעסירט מיך מער ווי מאוויס, מיין גאנצע מח און מחשבה איז נאכאלץ מאוויס. וואס טוט מען?


אפשר בין איך שולדיג, ווייל איך זאג נישט יעדן טאג די תפילה וואס דער ראש ישיבה האט מיר געשריבן שוין פיר יאר צוריק? איך הויב אן פון יעצט עס צוריק צו זאגן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר ווילט איך זאל אייך געבן אן היתר צו קוקן מאוויס? ווי קען איך דאס טון? איך וויל עס זאל אייך גוט זיין, איך וויל איר זאלט זיין פרייליך און האבן א פארגעניגן פונעם לעבן, וואס דאס קען נישט גיין אינאיינעם מיט קוקן מאוויס; ווייל יעדע קליפ און יעדע מאווי פון עבירות, פון קוקן די געמאכטע פאלשע ליבשאפט פון פרעמדע וכו' - שטערט דאס לעבן, און מאכט בעצבות און מרה שחורה; איך וויל אייך ענדערש געבן חיזוק אויף נישט קוקן און וועלן וועלן נישט קוקן קיין עבירות.


דער אייבערשטער זאגט אונז (במדבר טו, לט): "וְלֹא תָתוּרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם", מיר זאלן נישט קוקן קיין עבירות; ווייל דער אייבערשטער וויל אז מיר - אידישע קינדער - זאלן זיין פרייליך און האבן א פארגעניגן פונעם לעבן, און נאר אז מען היט די אויגן און מחשבה - קען מען זיין פרייליך, האבן א פארגעניגן פונעם לעבן.


די תפילה וואס איך האב אייך געשיקט שוין פיר יאר צוריק, וואלט איר דאס געזאגט יעדן טאג - וואלט איר שוין לאנג געווען באפרייט, איר וואלט שוין לאנג געווען פרייליך און געלעבט מיט אייער טייערער מאן; נאר וואס דען? אז מען קוקט עבירות - ווערט מען אזוי צעבראכן און צעקלאפט, מען גלייבט מער נישט אין זיך אליין, מען גלייבט מער נישט אז מען האט א כח צו צעברעכן די שווערסטע עדיקשנס.


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך אין תפילה; בעטס דעם אייבערשטן טאג נאך טאג ער זאל אייך העלפן קענען היטן די אויגן און אייך פרייליך מאכן.


דא האט איר א פרישע תפילה און אז איר וועט דאס זאגן וועט איר זוכה זיין צו ווערן א גרויסע צדיקת:


אנא השם, העלף מיר איך זאל קענען היטן מיינע אויגן; איך בין אזוי איינגעזינקען אין די עבירה פון קוקן מאוויס, איך קען נישט אויפהערן קוקן די עקלדיגע זאכן, איך בין אזוי צוגעקלעבט צו דעם אז איך וויל אפילו נישט טראכטן אז איך גיי איין טאג אויפהערן דאס קוקן, איך מיין אז דאס וויל איך.


הייליגער באשעפער, איך בין אזא רחמנות, נישטא נאך אזא רחמנות ווי מיר; איך בין א אידישע מאמע, איך האב טייערע ליכטיגע קינדערלעך מיט א טייערער מאן, און איך מיט מיין מח, מיין הארץ, אלעס פון מיר - איז נאר אין איין זאך, אין מאוויס; איך בין ממש קראנק צו קוקן עקלדיגע זאכן, אנשטאט איך זאל לעבן מיט מיין משפחה, מיט מיין מאן - מיט ליבשאפט - לויף איך צום טעלעפאן, צום קאמפיוטער און איך פארשמיר מיין נשמה.


אנא השם, העלף מיר, ראטעווע מיר פון די קליפות און פון די נישט גוטע; איך בין דאך א איד און איך וויל זיין גוט, איך האב א נשמה, איך שפיר ווי עס ציט מיר א גאנצע צייט צוריק צו די מאוויס, אבער עכט עכט, טיף טיף - בענקט מיין הארץ צו דיר, מיין נשמה וויל זיין א ריינע, א לויטערע; אנא השם, מאך מיר א נס איך זאל שוין זיין ערליך און הייליג.


אנא השם, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל דיך שפירן, איך וויל זיין פרייליך, איך וויל לעבן מיט מיין מאן. הייליגער באשעפער, העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בזכות רבינו נחמן בן פיגא ורבי נתן תלמידו ורבינו אליעזר שלמה ברסלבער - זכותם יגן עלינו - זאל איך זוכה זיין צו תשובה טון און זיין הייליג און ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - וואס וויל דער אייבערשטער פון מיר?
תפילה והתבודדות, אמונה, צרות, קשיות, תשובה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב מער נישט קיין כח, איך האלט עס מער נישט אויס, האט דער אייבערשטער מיר באשאפן נאר מיך צו קענען פייניגן?! האט דער אייבערשטער מיר באשאפן נאר אז מענטשן זאלן קענען ווייזן מיט די פינגער אויף מיר און דאנקען דעם אייבערשטן אז זיי האבן נישט אזא לעבן אזוי ווי מיר?!


איך שפיר ווי דער אייבערשטער מאכט חוזק פון מיר, ער לאכט פון מיר, ווי לאנג נאך וועט ער מיך פארשעמען? איך קען עס מער נישט נעמען.


וואסערע הנאה האט דער אייבערשטער פון מיך אראפווארפן און שטויסן איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל? פארוואס קען ער נישט פירן שיין צו מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א איד רעדט נישט אזוי, ווי מעג מען זאגן אזוי?


דער אייבערשטער איז א רחום וחנון, דער אייבערשטער איז גוט און טוט נאר גוט, און אז עס גייט אריבער שווערע טעג און שווערע זאכן - דארף מען פארמאכן די מויל און חס ושלום נישט רעדן קעגן די אמונה.


וואס ווייסן מיר דעם אייבערשטנ'ס דרכים? וואס קענען מיר פארשטיין? מיר זענען קליינע מענטשעלעך, מיר ווייסן נישט און מיר קענען נישט וויסן וואס דער אייבערשטער טוט, פארוואס אהער פארוואס אהין; מיר גלייבן אין אייבערשטן און מיר ווייסן אז אלעס וואס ער טוט - איז נאר פאר אונזער גוטס.


איך בעט אייך זייער, טוט תשובה, בעטס איבער דעם אייבערשטן; זאגט אים: "איך גיי שוין מער נישט אזוי רעדן", און בעט אים איר זאלט זוכה זיין צו האבן א שטארקע אמונה אין אים.


נעמט דעם הייליגן רבינ'ס עצה פון תפילה והתבודדות, דאס וועט אייך מאכן א שטארקע אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - נאכ'ן פירן דעם סדר נאכט אין שפיטאל, איז דאס מיין סדר פאר'ן גאנצן יאר?
התחזקות, שלום בית, סיפורי צדיקים, רפואה, שמחה, נסיונות, פסח, סדר נאכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זוכה ברוך ה' צו הערן די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, אנדערש ווייס איך נישט ווי איך וואלט זיך געפונען אויף דער וועלט, איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א אויף יעדע דרשה באזונדער. איך האב אסאך צו שרייבן, און איך וועל פרובירן מקצר צו זיין.


דעם פארגאנגענעם ערב פסח האט מיין ווייב אנגעהויבן זייער נישט גוט צו שפירן, אזוי ווייט אז ביינאכט, נאך פאר'ן סדר, האבן מיר געדארפט רופן הצלה וועלכע האבן איר אריינגעפירט אין שפיטאל, וואו מיר זענען געבליבן ביז דעם ערשטן טאג יום טוב אינדערפרי. מיין ווייב האט בכלל נישט געקענט מאכן קיין סדר, קוים געקענט ארויסזאגן די ווערטער "פסח מצה ומרור".


די הצלה לייט האבן אונז געגעבן ברוך ה' זאכן פאר'ן סדר, אזוי האב איך געקענט זיצן נעבן די בעט פון מיין ווייב אין די קארידארן פונעם שפיטאל און אפרעכטן א סדר, ווען אינצווישן האב איך כסדר זיך אפגעגעבן מיט מיין ווייב און גערעדט מיט די דאקטורים און געהילפן, צו טון וואס מען דארף, ביז איך האב געענדיגט דעם "סדר" אביסל פאר'ן עלות השחר. ברוך ה' אז מיין ווייב שפירט שוין יעצט אסאך בעסער, מיר בויען ווייטער א אידישע שטוב אינאיינעם, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


מיין שאלה איז איבער דעם וואס מען זאגט נאך פון צדיקים אז ווי אזוי מען פירט זיך אויף ביים סדר נאכט, אזוי וועט זיין די גאנצע יאר, דער סדר נאכט איז א סדר פאר די גאנצע יאר, דעריבער האב איך מורא נאכ'ן פירן אזא "סדר נאכט" וועט חס ושלום נישט אויסקוקן גוט דעם גאנצן יאר. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר וואס צו טון עס צו פאררעכטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים, מען רופט די נאכט פון פסח 'ליל הסדר' ווייל: "ווי אזוי מען פירט זיך אויף די נאכט פון פסח - אזוי וועט מען זיך פירן א גאנץ יאר".


דאס מיינט מען צו זאגן, אויב דער מענטש רעגט זיך נישט אויף, ער זיצט ביים סדר מיט א שמחה, ער איז פרייליך, ער ווערט נישט אין כעס אויף די ווייב און קינדער, אפילו זאכן גייען נישט ווי אזוי ער וויל בלייבט ער ווייטער מיט א דביקות אינעם אייבערשטן - וועט דאס אים געבן כח פאר די גאנצע יאר צו זיין פרייליך און ערליך.


מען מיינט נישט צו זאגן אויף וואס פאר א שטיל מען זיצט פסח ביינאכט - וועט מען זיצן א גאנץ יאר, און אויב מען זיצט אויף א טייערע היסב בעט ביים ליל הסדר - וועט מען א גאנץ יאר זיצן אויף א שטיל, און אז מען זיצט אויף צעבראכענעם בענקל וועט מען א גאנץ יאר האבן א צעבראכענעם בענקל; מען רעדט פונעם מצב רוח פונעם מענטש. אז מען איז פרייליך, מען איז מרוצה ווי אזוי דער אייבערשטער מאכט - וועט דאס אים העלפן אויף א גאנץ יאר.


אז דו ביסט אריבער אזא מעשה, צו זיצן פסח אין שפיטאל. עס איז געקומען אומגעראכטן; דו האסט זיך געגרייט צו האבן א שיינעם יום טוב, און אזוי פלוצלונג ביסטו געלאפן מיט דיין ווייב אין שפיטאל, האסט זיך נישט פארלוירן, האסט געמאכט א סדר אין שפיטאל נעבן דיין ווייב'ס בעט - איז דאס פאר דיר א גוטע סימן, אז וואס עס וועט נאר אריבערגיין די יאר - וועסטו בלייבן מיט די הייליגע אמונה.


ווייסט אודאי די באקאנטע מעשה, איינער פון די תלמידים פון הייליגן חוזה פון לובלין זכותו יגן עלינו איז געווען אונטערוועגנס צו זיין ביי זיין רבי אויף פסח, און עס האט פאסירט אז די וואגן האט זיך צעבראכן און ער איז געבליבן שטעקן אויף יום טוב פסח אונטערוועגנס, אין א דארף ביי א פויער.


דער תלמיד איז געווען זייער צעבראכן, ער האט נישט געקענט אראפשלינגען וואס מיט אים האט פאסירט; דא גרייט ער זיך אזוי לאנג צו קומען צו זיין הייליגן רבי'ן אויף יום טוב און דא איז ער אנגעקומען אין א פארווארפענעם פלאץ, ביי א כפרי אין שטוב. ער האט נישט געהאט בכלל קיין מוחין, ער האט געמאכט דעם סדר זייער פשוט, ער האט געזאגט די הגדה, געגעסן די מצה און געטרינקען די פיר כוסות, ער האט אלעס געטון אן קיין כוונות, אן קיין מעשיות, ער האט געטון רצון השם און געגאנגען שלאפן.


קומענדיגן טאג האט ער שוין צוריק באקומען זיינע מוחין, ער האט געטראכט 'אז איך בין דא אנגעקומען איז דאס זיכער נאר לטובה'. ער האט אפגעראכטן דעם צווייטן סדר מיט אלע כוונות, מיט אלע מעשיות, ער האט זיך געשפירט ווי ער איז אין די לופט.


ווען ער איז געקומען צום הייליגן חוזה זכותו יגן עלינו, פרעגט אים דער חוזה: "וואו האסטו געפראוועט דעם ערשטן סדר נאכט? דו האסט ליכטיג געמאכט אלע וועלטן, דיין הגדה האט געשיינט אויף די גאנצע וועלט, זאג מיר וואו ביסטו געווען?" דער תלמיד טראכט צו זיך: 'מן הסתם מיינט דער רבי צו פרעגן וואו איך בין געווען די צווייטע סדר נאכט', דער תלמיד האט גארנישט געדענקט פון די ערשטע ליל הסדר, נאר ווי ער שטיקט זיך פון וויינען און פון זיין צעבראכענעם מוט. ער האט פרובירט פאררעכטן דעם הייליגן חוזה, אבער דער הייליגער צדיק זאגט אים: "נישט דעם צווייטן סדר, ביי דיין צווייטע סדר איז געווען אין הימל טונקל פון דיר, איך פרעג וואו דו ביסט געווען דעם ערשטן סדר?" ער האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן.


זאגט אים דער הייליגער צדיק: "איך וועל דיר מגלה זיין א סוד, אין הימל איז א לב נשבר זייער חשוב, ווער רעדט נאך ווען א מענטש שפירט ביי זיך אז ער איז גארנישט ווערד, דיקא דעמאלט שיינט דער איד אין אלע וועלטן. ביים ערשטן סדר ביסטו געווען צעבראכן און דו האסט געטון רצון השם, האסט געמאכט דעם סדר, פון דעם איז ליכטיג געווארן אלע וועלטן".


דאס זאג איך דיר, דו זארגסט וואס גייט זיין מיט דיר א גאנץ יאר אז דער סדר איז געווען אזוי פראסט, אזוי גארנישט, אזוי נעבעכדיג; דו פרעגסט וואס דו קענסט טון? זאג איך דיר, דיקא דער ליל הסדר ווי דו ביסט געזיצן אין שפיטאל נעבן דיין ווייב'ס בעט - האט געשיינט אין אלע וועלטן, ווייל ווען א איד טוט דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אפילו אין די מינוטן ווען עס גייט אים פארקערט - דאס איז זייער חשוב.


שטארק זיך, בוי דיין שטוב מיט דיין ווייב, לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - איך שפיר ווי איך פאל שוין צוזאם, וואס טו איך?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מאוויס, שמחה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז מיר שווער ארויסצוברענגען וואס מיין פראבלעם איז; איך האלט אין איין האבן די געפיל ווי איך פאל צוזאם, ווי איך קען מער נישט אנגיין, און איך ווייס נישט וואס איך קען טון דאס צו טוישן, און מיין מאן און קינדער ליידן אויך פון דעם.


איך וויל נאר אוועקלויפן פון מיינע פראבלעמען, איך וויל אנטלויפן פון מיר אליין, איך בלייב אויף גאנצע נעכט צו קוקן מאוויס, און דאס שטערט זייער שטארק פאר מיין מאן.


קען איך נאך ווערן צוריק נארמאל? וואס קען איך טון אויפצוהערן טראכטן פון מיין פארגאנגענהייט? איך האב פרובירט אפצושרייבן מיינע פראבלעמען אויף פאפיר, אבער דאס האט נאר געמאכט ערגער. איך האב פרובירט זיך צו באפריינדן מיט א חבר'טע אפשר וועט זי מיר קענען העלפן, אבער איך שפיר אז עס טרעט אריין צופיל אין מיין פריוואטקייט. וואס קען איך יא טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווארפט ארויס די שטן פון שטוב, קוקט נישט קיין מאוויס - וועט אייך גלייך בעסער ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - אנשטאט שרייען אויף די ווייב, שרייט מען "ש'כח אייבערשטער"
שלום בית, שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, שמחה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר מיין שיינע לעבן, פאר אלע שיינע לימודים וואס דער ראש ישיבה לערנט מיר אויס, בפרט ווי אזוי צו רעדן צו מיין ווייב, איר אויסהערן, איר בארואיגן אפילו ווען איך קען איר בכלל נישט העלפן, נאר רעדן שיין און אויסהערן.


איך וויל שרייבן א שיינע מעשה וואס איך האב געהאט דעם שבת, איך האב אנגעשטעלט פאר שבת דעם "עיר קאנדישאן" אויף א געוויסע נומער אז ווען עס פילט אז עס איז הייס זאל זיך עס אנצינדען. למעשה האב איך עס נישט גוט אנגעשטעלט און עס האב זיך כמעט נישט אנגעצינדען. ווען איך בין אהיים פון שול איז געווען זייער הייס, שרעקליך הייס, איך האב געבעטן דעם אייבערשטער אז עס זאל זיך שוין אנצינדען, למעשה האט זיך עס ערשט אנגעצינדען אינמיטן די סעודה און פון גרויס שמחה האב איך הויך אויסגערופן "ש'כח אייבערשטער!"


פון דעמאלט און ווייטער, יעדעס מאל עס האט זיך אנגעצינדען, האט מיין זון, וואס איז צוויי יאר אלט און האט יעצט אנגעהויבן רעדן, געשריגן "ש'כח אייבערשטער!"


ווען איך זאל ח"ו שרייען אויף מיין ווייב פארוואס זי האט עס נישט געקענט אנשטעלן נארמאל, כאטש וואס ס'האט באמת גארנישט מיט איר, אבער ווי דער סדר העולם ווען עפעס גייט נישט גוט איז די ווייב שולדיג, וואס וואלט מיין זון געשריגן יעדעס מאל?


איך האב נישט די ווערטער זיך גענוג צו באדאנקען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מענטשן כאפן נישט, מען לייגט נישט צו קאפ אז יעדע ווארט וואס מאן און ווייב רעדן - הערן זיך די קינדער צו דערצו; נישט נאר די גרויסע, נאר די גאר קליינע. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא", וואס א קינד רעדט, "אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", אדער האט ער דאס געהערט פון דער טאטע אדער פון די מאמע.


מענטשן מיינען אז חינוך האט מיט די קינדער, מוהרא"ש זאגט, חינוך האט מיט זיך; ווי אזוי דו פירסט זיך - וועסטו דאס זען אין דיינע קינדער, אזוי ווי מען קוקט אין א שפיגל; קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואס יעדע צווייטע ווארט איז "אייבערשטער", לויב ווערטער צום אייבערשטן, אדער ווערטער פון אמונה, ווען עפעס פאסירט שרייט מען הויך: "גם זו לטובה!" "שכוח אייבערשטער!" - וועלן די קינדער דאס נאכמאכן, זיי וועלן לעבן מיט אמונה, עס וועט זיי גוט גיין.


אז קינדער הערן עלטערן שרייען און שעלטן, און ווען עפעס גייט נישט ווי מען וויל - ווערט מען פארלוירן, מען שעלט, מען שרייט - וועלן די קינדער אויך אזוי לעבן, און ווען דער טאטע וועט רופן די קינדער אין אן ערנסטן מינוט און לערנען מיט זיי מוסר - וועלן זיי זיך שטילערהייט אונטערלאכן, עס וועט נישט אריינגיין אין זייער הארץ, עס וועט זיי שטעכן די ווערטער; זיי זעען דאך א לעבעדיגע פארקערטע ביישפיל ווי דער מוסר ספר...


עס איז געווען א מעשה מיט א קינד, מען האט אים געפירט אין חדר ביי די דריי יאר זאגן די א' ב'; נישט אלע קינדער לאזן זיך פונעם מלמד זאגן די א' ב', אסאך קינדער וויינען און שרייען. איז געווען א מעשה מיט א קינד וואס האט זיך אנגערופן א זייער מיאוס'ע ווארט, דער מלמד האט נישט געוויסט וואס האט אים באטראפן, 'ווי קען זיין א קינד פון דריי יאר זאל זאגן א מיאוס'ע ווארט וואס מען הערט נאר ביי די נידריגע אומות העולם?' די עלטערן האבן געזוכט א לאך וואו זיך צו באגראבן פאר בושה, אלע זענען געווען דערשראקן, שטיל, מען האט זיך נישט גערירט; דער מנהל האט גענומען דעם קינד און א זייט מיט א גרויסע שטעקן, ער גייט אים שלאגן מלקות, רופט זיך אן א גוטער איד צום מנהל: "פארוואס שלאגסטו דעם קינד? שלאג די עלטערן; דער קינד הערט דאס טאג און נאכט, ער ווייסט נישט וואס מיינט שלעכט, וואס מיינט גוט - ער זאגט וואס ער הערט אין שטוב".


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ה): "אַמָאל הָאט דֶער בֶּן מֶלֶךְ גִישְׁנִיצְט הָאלְץ אוּן הָאט זִיךְ אַ שְׁנִיט גִיטָאן אִין פִינְגֶער. אִיז דִי בַּת מַלְכָּה צוּ גִילָאפִין. אִים אַרוּם בִּינְדְן דֶעם פִינְגֶער. הָאט זִי דָארְט דֶערְזֶען אֵיין אֶבֶן טוֹב", די בת מלכה איז געקומען צו לויפן העלפן דעם בן מלך ווען ער האט זיך צעשניטן די פינגער, אים פארבינדן און אפשטעלן דאס בלוט, האט זי געזען עס איז ארויסגעקומען א דיימאנט, דאס איז דער בן מלך וואס דער צדיק האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין בלויז פון אבנים טובות. קיינער האט נישט געזען אז דאס איז טאקע אזוי געווען, אבער ווען דער בן מלך האט זיך צעשניטן - איז ארויסגעקומען א דיימאנט.


אזוי איז מיט'ן רבינ'ס מענטשן, מען זעט נישט פון דרויסן אז מען איז בלויז פון דיימאנטן, אבער ווען מען צעשניידט זיך, מען קומט אהיים שבת אינדערפרי נאס פון שווייס, קוים וואס מען קען אטעמען, מען גייט א לאנגע וועג, מען האט כח נאר ווייל מען ווייסט אז 'נאך אביסל קום איך אהיים אין א קילע שטוב', און ווען מען קומט אהיים, מען דערזעט זיך אן עירקאנדישן - דעמאלט קומט ארויס די דיימאנט שטיין, מען זאגט: "גם זו לטובה!" מען בלייבט פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - דאס לעבן איז מיר שוין נישט ווערד, ווי אזוי גייט מען ווייטער?
התחזקות, שלום בית, רפואה, תפילה והתבודדות, צרות, נסיונות, גט, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גיי זיך גט'ן און דערנאך גיי איך זיך איינשרייבן אין א משוגעים הויז, איך האב שוין נישט קיין כח מער צו לעבן. קיינער דארף מיר נישט דא אויף דער וועלט, און אויך דער אייבערשטער האט מיר נישט ליב, אזוי ווי קיינער האט מיר נישט ליב און אויך מיין ווייב דארף מיר נישט, איך האב שוין נישט קיין כח צו ווארטן אויף איינעם וואס וועט מיך יא ליב האבן.


איך בין אזוי דעפרעסט, איך האב שוין אפילו נישט קיין כח צו מקיים זיין תורה ומצוות. איך מיין אז די בעסטע פאר מיר וועט זיין זיך צו גט'ן און גיין אין משוגעים הויז, דארט וועט מען מיר צושטעלן צו עסן און שלאפן, און אויך א ספר צו לערנען, און מער פון דעם דארף איך נישט. איך דארף מער נישט אז איינער זאל מיך ליב האבן.


איך ווייס נישט פארוואס דער אייבערשטער נעמט מיר נישט צו די נשמה, פארוואס לאזט ער מיר דא לעבן און ליידן אויף דער וועלט? מיט אזעלכע עלטערן, מיט אזא יוגנט, און אזא ווייב, וואס איז די לעבן נאך ווערד? איך בעט נאר איין תפלה צום אייבערשטן, ער זאל מיך אוועקנעמען פון דער וועלט ווי שנעלער, טוב מותי מחיי.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט ליב ווען מען שרייבט אזוי, אבער איך האב אפילו נישט דעם קאפ אויפ'ן פלאץ צו קענען געהעריג אראפשרייבן מיינע געפילן. אפשר וועט דער אייבערשטער יא רחמנות האבן אויף מיר, אדער אפשר בין איך פשוט א כפוי טובה, אפשר בין איך דער גרעסטער רשע אויף דער וועלט, אז מען לאזט מיר שוין אפילו נישט תשובה טון?


איך בין זייער צעבראכן און צעמישט, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן, אויסקלארן, און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס האט פאסירט מיט דיר? פארוואס האסטו זיך אזוי פיינט? אז עס האט זיך נישט אויסגעארבעט דו מיט דיין ווייב - מיינט נישט אז די וועלט איז געענדיגט; אז דו האסט געהאט א שווערע יוגנט - איז די וועלט נאכנישט געענדיגט; ווי עס זעט אויס גייסטו יעצט אריבער א שווערע נסיון, און אויב דו וועסט זיך דערהאלטן - וועסטו דאס אלעס אריבערגיין, עס וועט דיר נאך ליכטיג ווערן.


דו יאגסט זיך צום טויט? דו ווייסט בכלל וואס איז דאס טויט? וואס ווייסטו וואס ווארט אפ דעם מענטש אויבן אין הימל אז דו שרייבסט "טוב מותי" - די טויט איז מיר בעסער! דו ווייסט בכלל וואס טוט זיך אין יענע וועלט אז דו זאגסט "טוב מותי"?! אז מען וועט צאמנעמען אלע צרות פון די וועלט - קומט דאס נישט אן צו איין ברי פון די גיהנום און צו די עונשים קשים ומרים וואס די נשמה גייט אריבער.


דאווען נישט די נישט גוטע תפילה - אז דער אייבערשטער זאל דיר אוועקנעמען פון די וועלט; דאווען א גוטע תפילה, דאווען אז דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט פטור ווערן פון שלעכטס און פון שלעכטע מחשבות.


אז דו שפירסט ווי דיין מח קען נישט דערהייבן אזויפיל - זאלסטו זיך ווענדן צו א דאקטער ער זאל דיר העלפן מיט גוטע מעדעצין; דאס וועט דיר העלפן דו זאלסט זיך קענען שטארקן און צוריק אנגיין מיט דיין סדר היום.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, אים דערציילן דיין גאנצע הארץ, אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר מיום הולדך, פון דיין געבורט, אלעס וואס דו ביסט אריבער; שמועס אויס יעדע זאך בפרטי פרטיות, דערצייל אים וועגן דיינע עלטערן, דערצייל אים וועגן דיין ווייב, דערצייל אים וועגן דיינע אייגענע מחשבות און בלבולים, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר העלפן.


ווער עס פאלגט די עצה פון רבי'ן, ער מאכט התבודדות, ער דערציילט זיינע ווייטאגן פאר'ן אייבערשטן, ער שמועסט אויס זיין הארץ צום אייבערשטן - דער קען אריבערגיין אלע שווערע צייטן, מען ווערט נישט אויס, מען באקומט שטארקע נערווען צו קענען אסאך פארנעמען, אויך ווערט מען אן ערליכער איד און א צדיק, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - וואס מיינט אז מען איז זיך אינגאנצן מבטל?
התחזקות, תשובה, נסיונות, עבודת השם, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט נאכזאגן א דיבור פון הייליגן רבי'ן, "ווען עס איז גאר ביטער, איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האב איך געוואלט פרעגן וואו דאס שטייט, און וואס מיינט דאס אז מען איז זיך אינגאנצן מבטל, ווי אזוי טוט מען דאס?


יישר כח פאר אייערע הערליכע שמועסן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רעט) פעם אחת אמר לי בזו הלשון, אמאל האט מיר דער הייליגער רבי געזאגט דעם לשון: "אין אז עס איז שוין גאר שלעכט, איז מען זיך גאר מבטל", האב איך געפרעגט דעם רבי'ן: "איך מבטלין עצמו", ווי אזוי איז מען זיך מבטל צום אייבערשטן? האט דער רבי מיר געענטפערט: "מען פארמאכט דאס מויל און די אויגן, איז בטול".


זאגט רבי נתן: "מזה מובן עצה", דאס איז די עצה ווען דער יצר הרע איז זיך מתגבר אויפ'ן מענטש, ער פארדרייט אים דעם קאפ מיט שלעכטע מחשבות, ער מאכט בלבולים און עס איז זייער שווער אים צו באזיגן, זאל מען זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, "כי כל האדם יכול לבטל עצמו לגמרי לפעמים", דאס קען יעדער איינער טון, יעדער קען צוקומען צו ביטול צום אייבערשטן, "דהינו לסתום פיו ועיניו ולסלק דעתו לגמרי, כאלו אין לו שום דעת ומחשבה כלל", זיך פארמאכן די מויל און די אויגן כאילו מען האט נישט קעען אייגענע שכל "רק יבטל עצמו להשם יתברך לגמרי", און זיך מבטל זיין אינגאנצן צום אייבערשטן.


נאך אן עצה ווי אזוי מען קען אנטלויפן פון שלעכטס, מען זאל שרייען צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "וְאֲפִלּוּ כְּשֶׁנּוֹפְלִין לִפְעָמִים לְתוֹךְ רֶפֶשׁ וָטִיט, שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לָצֵאת מִשָּׁם", אפילו מען פאלט אריין אין א בלאטע וואס עס איז שווער ארויס צו גיין דערפון, "צוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין!" וְאָמַר בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן (רבי נתן ברענגט אראפ דעם לשון אין אידיש אזוי ווי דער רבי האט דאס געזאגט): "אוּן אֲפִלּוּ אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען, אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט"; דאס איז די עצה ווי אזוי מען קען ארויסקריכן פון עבירות, מען זאל שרייען צום אייבערשטן נאכאמאל און נאכמאל און נאכאמאל: "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - איך האב פארלוירן מיין געפיל, ווי אזוי קען איך זיך צוריק אויפפרישן?
חסידות ברסלב, נסיונות, התחדשות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין עטליכע וואכן וואס איך פלאג זיך געפערליך, און איך הער אויך פון מיינע ארומיגע אז לעצטנס בין איך נישט ביי זיך געהעריג, אפשר וועט דער ראש ישיבה שליט"א מיר קענען העלפן.


איך האב אלעמאל געהאט נסיונות, אזוי ווי יעדער מענטש אויף דער וועלט, אבער בחסדי ה' האב איך געטראפן דעם הייליגן רבי'ן, דורך די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און זייט איך האב אנגעהויבן פאלגן די עצות פון רבי'ן, איז מיין גאנצע לעבן אנדערש געווארן.


שוין א לאנגע תקופה וואס איך פאלג דעם רבי'ן, איך בין יעדן טאג מעביר סדרה, איך לערן א בלאט בבלי, ירושלמי, תוספתא, נ"ך, רמב"ם, ח"י פרקים משניות , רבי'נס ספרים, מסכתא תענית, און נאך. דאס האט מיר געגעבן סיפוק אין לעבן, און דאס האט מיר שטארק ארויסגעהאלפן מיט די נסיונות.


עס האט אזוי אנגעהאלטן מיט געשמאק בלויז ביז עטליכע וואכן צוריק. ס'קלאפט שוין נישט, און ס'ארבעט שוין נישט, יעצט שפיר איך שטארקע שוועריקייטן מיט'ן היטן די אויגן, מיט שמירת הברית וכו', וואס נאך קען איך טון? ס'איז דא נאך עפעס עצות וואס איך האב נאכנישט געהערט דערפון? אויסער צו לערנען די לימודים שיעורים כסדרן, גיין אין מקוה, תיקון הכללי, בעטן דעם אייבערשטן. ווייל די אלע זאכן טו איך שוין, און עס גייט מיר זייער שווער.


איך בעט זייער דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן און ענטפערן, ווייל יעדן טאג ווערט עס נאר ערגער פון נעכטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך, גיי ווייטער מיט דיין עבודות השם, זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן און מיט דיינע אנדערע עבודות.


טראכט נישט אז דאס וואס דו גייסט אריבער איז א נפילה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה", אין דעם זענען זיך די ערליכע אידן טועה, "שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", ווען זיי זעען ווי זיי פרובירן צו זיין גוט און ערליך און פלוצלינג פאלן זיי אראפ וכו', "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל", באמת איז דאס נישט קיין נפילה, "רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו', אבער מען טאר נישט קוקן אויף דעם נאר ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - ווי איך הייב אן זיך נעמען אין די הענט אריין?
חובות, פרנסה, דאווענען, נסיונות, עבודת השם, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס אנגעהויבן הערן די שיעורים, פול מיט חיזוק און עצות אין לעבן, אבער איך ווייס נישט ווי איך הייב אן זיך נעמען אין די הענט אריין.


איך מוטשע זיך מיט'ן דאווענען; שחרית גייט געווענליך בכלל נישט אריין אין מיין סדר היום, תפלין טו איך אן געווענליך אינדערהיים נאך די ארבעט, אויף מנחה פרוביר איך זייער שטארק אנצוקומען אין שול, אבער האלב פון די צייט פארגעס איך, און די זעלבע איז מיט מעריב, אפילו ווען איך דערמאן זיך פאר'ן אריין אין בעט, דאווען איך אויך נישט אלעמאל. אויך פון לערנען תורה בין איך זייער ווייט, עס קען זיך מאכן אפאר מאל א וואך וואס איך לערן פאר מערסטנס צען מינוט און נישט מער. ווי הויב איך אן? ס'איז שווער צו טון אלעס.


אויך פינאנציעל מוטשע איך זיך זייער, איך קען קוים דעקן די טאג טעגליכע הוצאות, שוין אפגערעדט פון מיינע קרעדיט קארד חובות וואס איז מיר געבליבן פון קויפן מיין ביליגע הויז.


ווי אזוי קען איך האבן סיפוק אין לעבן, ווי אזוי קען איך זיין פרייליך, ווען סיי ברוחניות און סיי בגשמיות בין איך טיף אין דער ערד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט, ווער עס דאווענט שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין - וועט האבן גרויס שפע, עס וועט אים נישט פעלן קיין געלט. נעם זיך פאר צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין - וועסטו ארויסגיין פון דיינע חובות, דו וועסט האבן גרויס שפע.


גיי נישט אריין אין ארבעט איידער דו דאווענסט שחרית, און גלייך ביים ערשטן זמן ווען מען קען דאווענען מנחה, אפילו מנחה גדולה - זאלסטו גלייך דאווענען, און אזוי אויך מיט מעריב, גלייך ווען מען קען דאווענען, ביים פריסטן זמן זאלסטו דאווענען - וועט זיך אלעס איבערדרייען ביי דיר צום גוטן.


מאך עס נישט אזוי שווער, דאווענען איז נישט קיין שווערע זאך. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח) עוג מלך הבשן האט געוואלט הרג'ענען די אידן, האט ער זיי געוואלט צונעמען די דריי תפילות, ער האט ארויפגעלייגט א בארג אויף די דריי פרסה, משה רבינו האט געגעבן א שפרינג און אים גע'הרג'עט; דאס לערנען אונז די צדיקים, מיר זאלן אריינשפרינגען אין שול, איבערשפרינגען אלע מניעות און גיין דאווענען - וועט מען זען גרויסע וואונדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד?
תהלים, תפילה והתבודדות, תשובה, נסיונות, עבודת השם, עקשנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד? עס איז מיר אזוי שווער, איך פיל ממש ווי איך האב נישט קיין בחירה, וואס קען איך טון עס זאל מיר גיין אביסל גרינגער אין עבודת השם? וואס קען איך טון עס זאל מיר גיין גרינגער זיך מתגבר זיין אויף מיינע יצר הרע׳ס? איך האלט זיך אין איין מחזק זיין מיט דאס וואס דער רבי זאגט "א טריט אריין אין בלאטע א טריט ארויס", אבער כאטש עפעס א ליכטיגקייט, עפעס א שטארקייט?


דאס אז איך זאל זיין אזוי פארקויפט צו מיינע תאוות, צו מיינע יצר הרע׳ס, איז מיר אזוי שווער, עס קומט מיך ממש צו וויינען ווען איך שרייב דעם בריוו, איך פיל אזוי ווי איך בין איינגעשפארט ביים יצר הרע. ווי אזוי קען מיר ווערן אביסל גרינגער? נאר אביסל מער כח? אביסל כח זיך צו קענען מתגבר זיין, איך פיל ווי איך וועל אייביג אזוי בלייבן חס ושלום; אפשר קען מיך די ראש ישיבה שרייבן אביסל חיזוק און עצות?


יישר כח פאר מיין שיינע זיסע לעבן וואס דער ראש ישיבה האט מיך געגעבן, ברוך השם מיין שלום בית ווערט מיר בעסער אין בעסער, מיין לעבן ווערט מיר זיסער און זיסער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו בעטסט ספרים מיט וואס זיך צו מחזק זיין; קוק אריין אין רבינ'ס ספרים - וועסטו זיך זייער מחזק זיין.


לאמיר לערנען אינאיינעם א שטיקל לקוטי מוהר"ן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "וְצָרִיךְ לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, לִבְלִי לְהָנִיחַ אֶת מְקוֹמוֹ, דְּהַיְנוּ מְעַט מִקְצָת עֲבוֹדָתוֹ שֶׁהִתְחִיל, אַף אִם יַעֲבֹר עָלָיו מָה", א מענטש דארף זיין זייער א גרויסער עקשן נישט אפצולאזן זיין עבודת השם - סיי אין תורה און סיי אין תפילה. "וּזְכֹר דָּבָר זֶה הֵיטֵב", געדענק גוט וואס איך זאג דיר, "כִּי תִּצְטָרֵךְ לָזֶה מְאֹד כְּשֶׁתַּתְחִיל קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", ווייל ווען דו וועסט אנהייבן דינען דעם אייבערשטן וועסטו דאס דארפן גוט וויסן, "כִּי צָרִיךְ עַקְשָׁנוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד, לִהְיוֹת חָזָק וְאַמִּיץ, לֶאֱחֹז עַצְמוֹ לַעֲמֹד עַל עָמְדוֹ", ווייל מען דארף זיין א גרויסער עקשן נישט אויפצוהערן דינען דעם אייבערשטן ווען עס גייט אריבער ספיקות און בלבולים וכו' וכו', מען דארף זיך האלטן מיט אלע כוחות; לערן דורך דעם גאנצן תורה וועסטו האבן שטארקע חיזוק.


נעם די עצה פון התבודדות ותפילה; דער רבי האט אונז געגעבן א ליכטיגקייט, א זיסקייט - ווי אזוי מיר זאלן קענען זיך שטארקן אין די שווערסטע מצבים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז גרעסער פון יעדע עבודה, "דְּהַיְנוּ לִקְבֹּעַ לוֹ עַל כָּל פָּנִים שָׁעָה אוֹ יוֹתֵר, לְהִתְבּוֹדֵד לְבַדּוֹ בְּאֵיזֶה חֶדֶר אוֹ בַּשָּׂדֶה", א מענטש זאל גיין אין א ליידיגע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ בִּטְעָנוֹת וַאֲמַתְלָאוֹת, בְּדִבְרֵי חֵן וְרִצּוּי וּפִיּוּס, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן מִלְּפָנָיו יִתְבָּרַךְ, שֶׁיְּקָרְבוֹ אֵלָיו לַעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת", און זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל שוין רחמנות האבן און אים מקרב זיין צו אים, און מען זאל רעדן צום אייבערשטן אויף מאמע לשון - אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, "כִּי בִּלְשׁוֹן הַקּדֶשׁ קָשֶׁה לוֹ לְפָרֵשׁ כָּל שִׂיחָתוֹ", ווייל אויף לשון הקודש איז שווער ארויסצוברענגן אלעס וואס ליגט אויפ'ן הארץ, "וְגַם אֵין הַלֵּב נִמְשָׁךְ אַחֲרֵי הַדִּבּוּרִים, מֵחֲמַת שֶׁאֵינוֹ מֻרְגָּל כָּל כָּךְ בְּהַלָּשׁוֹן, כִּי אֵין דַּרְכֵּנוּ לְדַבֵּר בִּלְשׁוֹן הַקֹּדֶשׁ", ווייל מיר רעדן נישט קיין לשון הקודש, דערפאר איז שווער זיך אויסצורעדן דאס הארץ, אבער אז מען רעדט אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, למשל מיר וואס מיר רעדן אידיש - זאגט דער רבי: "אֲבָל בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז שֶׁמְּסַפְּרִים וּמְדַבְּרִים בּוֹ, קַל וְקָרוֹב יוֹתֵר לְשַׁבֵּר לִבּוֹ", - איז גרינגער זיך אויסצוגיסן דאס הארץ.


אודאי אין אנהויב וועסטו נישט שפירן ווי עס ווערט בעסער, דו וועסט נאר שפירן ווי מען דערווייטערט דיר; דאס זאל דיר נישט אפשוואכן, מיין נישט אז נאר דו גייסט אריבער די ביטערע שווערע נסיונות, נאר דיך פרובירט מען אויס. דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן יב): "הָיָה נִדְמֶה לוֹ תָּמִיד שֶׁאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל וְאֵין שׁוֹמְעִין לוֹ כְּלָל", ווען ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים שטענדיג געדאכט אז מען הערט אים נישט אויס אויבן אין הימל וואס ער בעט, קיינער קוקט נישט אויף אים, "רַק אַדְּרַבָּא, נִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּכָל מִינֵי הַרְחָקוֹת וּכְאִלּוּ אֵין רוֹצִין בּוֹ כְּלָל וּכְלָל", פארקערט, ווי מער ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים אלץ מער געדאכט ווי מען דארף אים נישט, "כִּי הָיָה רוֹאֶה שֶׁחוֹלְפִין וְעוֹבְרִין כַּמָּה וְכַמָּה יָמִים וְשָׁנִים וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלֹא זָכָה עֲדַיִן לְשׁוּם הִתְקָרְבוּת", ווייל ער האט געזען אז עס גייען אריבער אסאך יארן און ער האט נאכאלץ נישט זוכה געווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נִדְמָה בְּעֵינָיו שֶׁאֵין שׁוֹמְעִין דְּבָרָיו כְּלָל, וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, רַק אַדְּרַבָּא, מַרְחִיקִין אוֹתוֹ בְּכָל מִינֵי הִתְרַחֲקוּת מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", דערפאר האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, אדרבה, עס האט אים אויסגעזען ווי מען שטופט אים אוועק פון די קדושה, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן הָיָה מְחַזֵּק עַצְמוֹ מְאֹד, וְלֹא הִנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ", מיט דעם אלעמען האט זיך דער רבי זייער געשטארקט און נישט אויפגעהערט מיט זיין עבודת השם יתברך, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה שֶׁהָיָה נוֹפֵל בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת זֶה שֶׁרָאָה שֶׁהוּא מִתְפַּלֵּל וּמַעְתִּיר וּמַפְצִיר כָּל כָּךְ שֶׁיִּתְקָרֵב לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, וּמֵחֲמַת זֶה נָפַל לִפְעָמִים בְּדַעְתּוֹ וְלא הָיָה מְדַבֵּר עוֹד כָּל כָּךְ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ אֵיזֶה יָמִים", אסאך מאל האט זיך געמאכט ביים רבי'ן אז ער איז געווארן זייער צעבראכן, זעענדיג אז ער האט שוין אזוי סאך געדאווענט און געבעטן אבער עס דאכט זיך אים אז מען דארף אים נישט, און ער האט אויפגעהערט מאכן התבודדות, "אַחַר כָּךְ נִזְכַּר בְּעַצְמוֹ וְהִתְבַּיֵּשׁ בְּעַצְמוֹ עַל שֶׁהִרְהֵר אַחַר מִדּוֹתָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בֶּאֱמֶת בְּוַדַּאי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ חַנּוּן וְרַחוּם וְכוּ', וּבְוַדַּאי הוּא רוֹצֶה לְקָרְבוֹ וְכוּ', וְחָזַר וְנִתְחַזֵּק בְּדַעְתּוֹ, וְהִתְחִיל שׁוּב לְהַעְתִּיר וּלְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כַּנַּ"ל", ביז ער האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון און ער האט זיך זייער פארשעמט אז ער האט נאכגעלאזט פון די הייליגע עבודת השם, האט ער צוריק אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, "וְכֵן הָיָה כַּמָּה פְּעָמִים", אזוי איז געווען אסאך מאל, עיין שם.


געוואוין זיך צו צו זאגן תהילים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - ווי אזוי ראטעוועט מען זיך פונעם שלעכטן יצר הרע?
נסיונות, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פיר ברוך ה' א שיינע שטוב, פרייליך און געזונט, מיט פרומע ערליכע קינדער. איך לערן ברוך ה' זייער פלייסיג, איך הייס א שיינער תלמיד חכם, אבער אינדערהיים איז נישטא קיין געשמאק, און איך אנטלויף צו טון עקלדיגע זאכן אפילו אן טמא'נע כלים, ס'איז ממש אן מיין ווילן, אבער דער יצר הרע שטארקט זיך אויף מיר.


איך בעט דעם ראש ישיבה זאל מיר העלפן פאר ס'איז שוין צו שפעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי נאריש דו ביסט; פון אינדרויסן זעסטו אויס ווי א פארשטענדליכער מענטש, דו שטעלסט א פנים פון א תלמיד חכם און שטילערהייט גייסטו טון עבירות, דו ביסט א נואף, א זינדיגער מענטש בשעת דו האסט א ווייב; א וואוילע ווייב, אן אשת חיל, גייסטו אונטער איר רוקן טון עבירות?!


געוואלד און געשריגן! וואו איז דיין שכל? דו ביסט גרייט צו פארלירן דיין לעבן וועגן א תענוג פון א פערטל שעה? דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קח): "אַ מֶענְטְשׁ פוּן אֵיין תַּעֲנוּגְ'ל וֶועגְן פוּן אַ פֶערְטְל שָׁעָה, קָאן עֶר אָן וֶוערְן גָאר דֶעם עוֹלָם הַזֶּה מִיט דֶעם עוֹלָם הַבָּא".


עס גייט נישט אריין אין קאפ וואס איז די זאך פון גיין זינדיגן; איך זאג דיר דעם אמת, דו ביסט אין מיינע אויגן א גרויסער שוטה, ווייל עס איז נישט קיין שכל'דיגע זאך וואס דו טוסט, עס איז קעגן נארמאלקייט; א מענטש וואס האט א ווייב מיט קינדער, א געבענטשטע משפחה, וואס איז די שכל צו גיין אונטערן רוקן פון די ווייב - פון אמת'ע ליבשאפט, אמת'ע פריינטשאפט, אמת'ע פרידן, אמת'ע נאנטקייט און גיין צאלן געלט פאר שדים און שידות זיי זאלן זיך מאכן ווי זיי זענען פאר דיר?! זיי זאלן דיר איינרעדן פאר א פערטל שעה אז זיי זענען דיינע פריינט? דיינע ליבהאבער? דיינע נאנטע? ביסט משוגע?! דו געבסט געלט פאר קליפות און רוחות רעות זיי זאלן דיר צונעמען דיין לעבן?


מיין נישט אז דו וועסט צו לאנג קענען טראגן דעם סוד, רעד זיך נישט איין אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן; "וְעֵין נֹאֵף", די זינדיגע מענטשן, "שָׁמְרָה נֶשֶׁף", ווארטן עס זאל ווערן טונקל, עס זאל ווערן נאכט, "לֵאמֹר", זיי זאגן, "לֹא תְשׁוּרֵנִי עָיִן", ביינאכט קענען מיר זינדיגן, קיינער זעט נישט (איוב כד, טו), אבער דער אייבערשטער מאכט גאר עפעס אנדערש, "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי", דער זינדיגער מענטש זאגט, קיינער ווייסט נישט ווער איך בין, וואו איך בין און וואס איך טו, "לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", ווייל ער גייט אין באהאלטענע פלעצער, ער מאכט זיכער אז קיינער זאל נישט וויסן וואס ער טוט, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם (במדבר רבה ט, א)", אבער דער אייבערשטער פארשעמט אים אין די גאנצע וועלט.


איך ציטער פאר דיר, איך ציטער וואס וועט זיין; באלד וועלן אלע זען ווער דו ביסט, מען וועט זיך דערוויסן אז דו ביסט א נואף, דיין ווייב וועט דיר אפלאזן, דיינע קינדער וועלן זיך שעמען מיט דיר, זיי וועלן נישט רעדן מיט דיר, דו וועסט אלעס פארלירן. זיי נישט נאריש, ווארט נישט עס זאל ווערן צו שפעט. מען הערט כסדר מעשיות פון זינדיגע מענטשן וואס ווערן פארשעמט; עס וועט נישט נעמען צו לאנג און מען וועט געוואויר ווערן ווער דו ביסט און וואס דו טוסט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה כו, ה): "עַל הַכֹּל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַאֲרִיךְ אַפּוֹ, חוּץ מִן הַזְּנוּת", אויף אלע עבירות וואס א מענטש טוט, ווארט דער אייבערשטער אז מען זאל תשובה טון, אבער ווען עס קומט צו ניאוף רחמנא לצלן, דארט איז דער אייבערשטער נישט מאריך אף, נאר דער אייבערשטער באשטראפט דעם מענטש מיט א ביטערן עונש.


אז דו וועסט תשובה טון - וועסטו געראטעוועט ווערן, אז נישט - וועסטו אלעס פארלירן, די וועלט און יענע וועלט.