שאלה אין קורצן ענין
#124 - איך פרוביר זיך צו שטארקן, אבער איך פאל אסאך צוריק, איז דאס עפעס ווערד?
קדושה, תשובה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א היימישער בחור וואס איז ליידער אריינגעפאלן אין די הענט פון די סטרא אחרא, איך ליג אין שמוץ מיט גאנצן קאפ. למעשה אבער טוישן זיך ביי מיר די גוסטעס יעדן צווייטן טאג, איין טאג קויף איך א סמארט פאון און איך קוק צוזאם אלע שלעכטס פאר א שטיק צייט, נאכדעם כאפט מיר אן התעוררות און איך ווארף עס אוועק, אבער אפאר טעג שפעטער שאף איך זיך שוין ווידער א כלי צו זען וואס מ'דארף נישט.


איך האב שוין פרובירט אלע עצות און עס גייט נישט, איך וויין צום אייבערשטן אבער עס רוקט זיך גארנישט, אפשר וועט איר מיר קענען העלפן. אויך וויל איך וויסן אויב איך האב עפעס אויפגעטון די אלעמאל וואס איך האב עס אוועקגעווארפן, אפילו ווען נאכדעם בין איך צוריק געפאלן.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר בחקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


איך האב דערהאלטן דיין בריוו


יעדעס מאל וואס א מענטש רייסט זיך אוועק פון אן עבירה, ער איז זיך מתגבר אויפן יצר הרע - איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן.


דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת תרומה, קנ:): "וְלֵית רְעוּתָא טָבָא דְּיִתְאֲבִיד מִקַּמֵּי מַלְכָּא קַדִּישָׁא", קיין איין גוטע מחשבה ווערט נישט פארלוירן ביים אייבערשטן, "וּבְגִין כַּךְ, זַכָּאָה אִיהוּ מַאן דִּמְהַרְהֵר הִרְהוּרִין טָבִין לְגַבֵּי מָארֵיהּ, דְּאַף עַל גַּב דְּלָא יָכִיל לְמֶעְבַּד לוֹן", דעריבער – זאגט דער זוהר – וואויל איז פאר דעם מענטש וואס טראכט גוטע מחשבות, ווייל אפילו ער קען דאס נאך נישט מקיים זיין, "קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא סָלִיק לֵיהּ רְעוּתֵיהּ כְּאִילּוּ עָבִיד", רעכנט אים דער אייבערשטער כאילו ער האט דאס מקיים געווען; דאס הייסט אז אפילו א מענטש זעט זיך אין א טיפע גרוב, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער קוקט צוזאם די ערגסטע שמוץ, דארף מען פון דארט שרייען צום אייבערשטן: "העלף מיר אייבערשטער! איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך"; די אלע דיבורים און גוטע מחשבות וועט אים העלפן אז ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


וואס איז בכלל דיין שאלה צי עס איז חשוב דיינע גוטע מעשים וואס דו טוסט בשעת דו האלסט אין איין צוריק פאלן? יעדע מחשבה וואס א מענטש טראכט נאר לטובה ווערט קיינמאל נישט פארלוירן און זיכער א גוטע דיבור וואס מען רעדט און כל שכן וקל וחומר א גוטע מעשה וואס מען טוט - ווערט קיינמאל נישט פארלוירן ביים אייבערשטן; דעריבער אז דו האסט אוועק געווארפן די סעלפאון האסטו זיכער געמאכט מיט דעם א נחת רוח פארן אייבערשטן און דו וועסט ביים סוף זוכה זיין צו זיין א לויטערער ריינער איד.


וואס האסטו געמיינט אז דער יצר הרע וועט דיר לאזן אוועק גיין פון אים אזוי גרינגערהייט? דו ביסט דאך געווען בעסטע חברים מיט אים, און יעצט ווען דו ווילסט אנטלויפן פון אים מיינסטו אז ער וועט דיר לאזן אנטלויפן?! ער וועט דיר זיכער נישט אפלאזן, ער וועט דיר אראפ ווארפן נאכאמאל און נאכאמאל; אזוי גייט א מלחמה, א פאטש פאר דיר, א פאטש פאר מיר, א קנאק פאר דיר, א קנאק פאר מיר; דער עיקר איז ווער עס געבט דעם לעצטן פאטש.


יעדעס מאל דו וועסט וועלן אנהייבן א נייע לעבן וועט ער צוריק קומען צו דיר און ווייטער ברענען אין דיר; דער עיקר דארף מען האלטן קאפ אויף איין זאך: "איך געב נישט אויף"; "איך גיי נישט אוועק פונעם אייבערשטן"; א מענטש דארף זיין ביי זיך אזוי שטארק אין די אמונה, אז אפילו ער שפירט ווי מען טרייבט אים אוועק פון די קדושה, מען איז אים מרחק מיט אלע סארט התרחקות, מיט דעם אלעם זאגט ער: "איך לאז נישט אפ מיינע גוטע רצונות, איך וויל נאך אלץ זיין אן ערליכער איד".


דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט פאר זיין זון רבי אלעזר (תיקוני זוהר, תיקון יג; כט.): די אידן זענען צוגעגליכן צו א קעניג וואס האט מלחמה געהאלטן מיט אסאך פעלקער, און מען האט נישט געוואוסט ווער עס האט באזיגט די מלחמה, "אָמַר, תִּסְתַּכְּלוּן בְּאִלֵּין דִּרְשִׁימִין בְּמָאנֵי קְרָבָא בִידַיְיהוּ, וְתִנְדְּעוּן מָאן נָצַח דִּינָא", האט מען געזאגט א סימן, מען זאל קוקן ווער עס האלט די געווער אין די הענט – דער האט מנצח געווען. אזוי איז ווען מען זעט די אידישע קינדער האלטן די ד' מינים אין זייערע הענט, דורכדעם ווייסט מען אז זיי האבן מנצח געווען די אומות העולם; פרעגט רבי נתן א שטארקע קשיא (ליקוטי הלכות שבת, הלכה ז, אות נד): לכאורה, ביי א מלחמה, ווען מען זעט ווער עס האט איינגענומען דעם מדינה און אויסגע'הרג'עט זיינע פיינט אזוי ווייסט מען ווער עס איז דער געווינער, ממילא וואס איז די שאלה ווער עס האט מנצח געווען; נאך איז שווער, וואסערע מין תירוץ איז דאס אז ווער עס האלט די געווער אין די האנט דער האט געווינען, אדרבה, ווער עס האט געווינען די מלחמה דארף שוין נישט האלטן קיין געווער, און ווער עס האלט נאך יא די געווער איז א קלארער סימן אז ער האט נאך נישט געווינען די מלחמה?! ענטפערט רבי נתן זייער שיין, אין הכי נמי, סתם אזוי ביי א מלחמה נאכדעם וואס מען איז מנצח דעם שונא דארף מען טאקע שוין נישט קיין געווער, אבער ביי די מלחמת היצר וואס גייט אן אגאנץ לעבן, איז דער עיקר נצחון אז מען געבט נישט אויף צו קעמפען; ווער איז דער מנצח? דער וואס לאזט נישט אפ דעם געווער, און ווי לאנג מען האלט דעם געווער - וואס דאס איז תפילה, אזוי ווי עס שטייט (בראשית מח, כב): "בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי", זאגט דער תרגום: "בִּצְלוֹתִי וּבְבָעוּתִי" – ווייזט דאס אז דער איז דער געווינער; דאס זאגט דער זוהר: "מָאן נָצַח דִּינָא?" ווער איז דער געווינער? דער וואס האלט די געווער אין האנט.


וואויל איז דיר אז דו האסט אוועק געווארפן אלע וועגן ווי אזוי צו קוקן שמוץ, אין דעם זכות וועסטו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


זע צו לערנען משניות יעדן טאג; משניות האט א כח ארויסצורייסן דעם מענטש פון די טומאה.


אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג א דף גמרא; אין אנהייב וועט דיר זיין זייער שווער צו פארשטיין וואס דו לערנסט ווייל א מענטש וואס האט שוין צאמגעקוקט אלע עקעלדיגע מאוויס רחמנא לצלן און איז אראפגעפאלן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן פארלירט זיין מח; דעריבער דארף מען קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די תורה ביז מען איז זוכה צו פארשטיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#123 - איך מוטשע זיך מיט נסיונות, מעג איך זיין א מלמד?
קדושה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און איך געב זיך ב"ה אפ מיט די קינדער זייער שיין, איך האב אסאך געדולד און סבלנות צו זיי, איך שלאג נישט, איך פרוביר אריינצולייגן אין די קינדער תורה ויראת שמים און אז זיי זאלן זיין אפגעהיטן.


פון די אנדערע זייט בין איך אבער פערזענליך געשלאגן מיט געפערליכע נסיונות, איך קוק זאכן וואס א איד טאר נישט קוקן, איך טו עקלדיגע און פראסטע זאכן וואס א איד טאר נישט טון. עס טוט מיר זייער וויי, איך זאג משניות און א בלאט גמרא יעדן טאג, דערווייל בין איך אבער נאך פארזינקען אין שמוציגע עבירות.


דאס ברענגט מיר צו מיין שאלה צי איך מעג זיין א מלמד פון קינדער, אדער בין איך זיי גאר מטמא. איך רעד צו קינדער נאר גוטע זאכן, איך וויל באמת אריינלייגן אין זיי נאר ערליכקייט און וואוילקייט. די שאלה איז אבער צי מיין פריוואטע לעבן איז א באזונדערע זאך און ווען איך בין אין קלאס מיט די קינדער איז דאס א צווייטע זאך? אדער איז דאס געקניפט און געבינדען, און איך טאר נישט זיין קיין מלמד פון קינדער?


איך האב שוין אסאך געוואלט זאגן פאר מיין מנהל אז איך געב אויף מיין פאסטן, איך ווייס אבער נישט וואס דער דעת תורה איז, איך וואלט זייער געוואלט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר זאגן וואס איך האב צו טון.


א גרויסן דאנק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר בחקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט נישט געוואלט אז זיינע מענטשן זאלן זיין מלמדים; דער רבי האט אמאל געפרעגט איינע פון די תלמידים וואס איז געווען א מלמד: "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפן טאג און אויפן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, קומט אויס אז דו קענסט פארלירן יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאללער; ווייל ווען מען גנב'עט געלט פון א צווייטן קען מען דאס באצאלן און יענער קען דאס מוחל זיין, אבער ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן און מען קען דאס נישט מוחל זיין (שיחות הר"ן, סימן רמ)"; אזוי איז דא כמה וכמה שיחות וואס דער רבי האט געזאגט פאר אנשי שלומינו מען זאל נישט זיין קיין מלמד (חיי מוהר"ן, סימן תסה; תקצא).


מיט דעם אלעם האט דער רבי געזאגט אז ער וויל זייער שטארק, אז אויב איז דא א מלמד אדער א שוחט זאל דאס זיין דוקא פון זיינע תלמידים. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז דער ס"מ פארלייגט זיך זייער שטארק אויף שוחטים זיי זאלן זיין קלים ורקים און מכשיל זיין אידישע קינדער מיט נבילות וטריפות רחמנא לצלן; אויך פארלייגט זיך דער ס"מ אויף די מלמדים זיי זאלן נישט זיין ערליך אזוי וועלן זיי פאר'סמ'ען אידישע קינדער מיט זייערע אפיקורסות; דעריבער האט דער רבי געזאגט: "אויב יא א שוחט, אויב יא א מלמד, זאל דאס שוין ענדערש זיין פון מיינער א מענטש וואס האט יראת שמים".


עס זענען דא זייער אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זענען געווען מלמדים, ווי זיי האבן אריין געלייגט אין די קינדער אמונה פשוטה און יראת שמים; מוהרא"ש אליינס איז געווען יארן לאנג א מלמד, אויך האט ער געלערנט אלץ קינד אלט זייענדיג זעקס יאר ביי א מלמד פון אנשי שלומינו רבי יעקב קלמנוביץ זכרונו לברכה וועם מען האט גערופן בלשון חיבה "ר' יעקב מלמד".


מוהרא"ש פלעגט דערציילן ווי דער מלמד פלעגט אריין לייגן אין די קינדער אמונה; די חדר איז געווען אין א שול און ווען א קינד האט עפעס געדארפט פלעגט דער מלמד נעמען דאס קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, ער האט געהייסן דעם קינד קישן דעם פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריין געברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס זאל מען צו גיין צום ארון הקודש, געבן א קיש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף.


אויך האט מוהרא"ש פארציילט אז דער מלמד הנ"ל פלעגט אויסטיילן אין חדר יעדן טאג פאר אלע קינדער א פרוטה און ער איז ארום געגאנגען מיט א פושקע צו אלע קינדער, און בשעת ער איז ארום געגאנגען מיט די פושקע האט ער געהאט א ספעציעלער ניגון וואס ער פלעגט זינגען: "הריני נותן צדקה לעניים וליתומים ולאלמנות, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר אז איך זאל מיין גאנצע לעבן געבן צדקה פאר ארימעלייט, און אין דעם זכות זאל איך ניצול ווערן פון אלע צרות און פון אלע מחלות און איך זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו א צווייטן"; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט צוגעלייגט אז עס איז געווען א הערליכע מחזה צו זען ווי אזוי יעדעס קינד לייגט אריין א פרוטה אין די פושקע נאכן זאגן די תפילה.


מוהרא"ש פלעגט זאגן אז פון אלע זיינע מלמדים געדענקט ער נאר זכרונות פון דעם מלמד און פון נאך א מלמד וואס איז אויך געווען א ברסלב'ער חסיד.


אזוי זאלסטו טון מיט דיינע קינדער; לייג אריין אין זיי תמימות ופשיטות און פארצייל זיי מעשיות פון הייליגע צדיקים. וואויל איז פאר א מלמד וואס פארציילט יעדן טאג מעשיות פון צדיקים פאר די קינדער, ווייל מעשיות פון צדיקים פלאקערט אויף דאס הארץ, מען הייבט אן מקנא זיין די צדיקים און מען וויל אויך ווערן א צדיק.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", וויסן זאלסט אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט אויף געפלאמט דאס הארץ, מען באקומט א מורא'דיגע בענקעניש צו ווערן אן ערליכער איד. ווען מען הערט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות וויל מען אויך זוכה זיין צו דעם און ווערן א צדיק.


עס איז באוואוסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט די מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


בזכות וואס דו לערנסט מיט תינוקת של בית רבן, דו געבסט אכטונג אויף זיי, דו האסט סבלנות צו זיי און דו לערנסט מיט זיי תורה ויראת שמים, זאלסטו פטור ווערן פון דיינע נסיונות; די ווערטער פון יראת שמים וואס דו רעדסט צו די קינדער זאל אריין גיין אין דיין הארץ, און מיר אלע זאלן זוכה זיין צו תשובה טון באמת.

#122 - ס'קומט זומער, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט שמירת עינים?
קדושה, שמירת עינים, זומער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט די זומער טעג, און איך הויב שוין אן שפירן ווי איך ווער משוגע, די ווינטער האט זיך ברוך ה' פארצויגן און ס'איז געווען אביסל גרינגער מיט שמירת עינים, ווען עס קומט אבער יעצט די הייסע זומער טעג הויבט זיך אן מיינע פראבלעמען. איך האב ב"ה א וואוילע פיינע ווייב, עס העלפט מיר אבער נישט צופיל. ווי אזוי קען איך זיך אן עצה געבן? ווי אזוי קען איך זוכה זיין צו האבן הייליגע ערליכע אויגן? אלע עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א העלפן מיר, אבער נישט עכט ווען עס קומט די זומער טעג.


יישר כח פאר אלעס.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, מיר זענען אלע אינעם זעלבן צרה; עס קומט זוממער און די גאסן ווערן שרעקליך. מען קען ממש נישט גיין אין גאס, די גוים גייען אנגעטון ווי די חיות, בעסער געזאגט אויסגעטון ווי די חיות און עס איז זייער שווער צו היטן די אויגן. דער יצר הרע מאכט משוגע דעם מענטש מען זאל קוקן וואו עס גליסט זיך, ביז ער קילט נאכדעם אפ דעם מענטש פון זיין אידישקייט.


אבער וויסן זאלסטו, ווי גרויס און שווער דער יצר הרע איז, אלץ גרעסער זענען די הייליגע צדיקים וואס געבן אונז עצות לוחם צו זיין מיטן יצר הרע. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו): ווען עס ברענט אינעם מענטש תאות ניאוף רחמנא לצלן, זאל מען זאגן דעם פסוק: "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד", און: "בָּרוּך שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד"; ווייל מען קען נישט ניצול ווערן פון די תאוה נאר דורך אמונה, אז מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, נאר אזוי קען מען זיך ראטעווען פון די שרעקליכע תאוה. דער רבי זאגט (שם): אויב מען איז זייער פארזינקען אין די תאוה זאל מען וויינען בשעת מען זאגט די צוויי פסוקים און דאס וועט ראטעווען דעם מענטש פון זיין בלאטע; ווייל ווי נאר מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא, דאס ראטעוועט דעם מענטש פון עבירות.


נאך אן עצה געבט אונז דער הייליגער רבי, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ראיה, חלק ב', סימן ט): "כְּשֶׁאָדָם יוֹצֵא לַשּׁוּק וּמִתְיָרֵא שֶׁלּא יָבוֹא לִידֵי הִרְהוּר עַל יְדֵי הָרְאִיָּה שֶׁיִּרְאֶה נָשִׁים יָפוֹת, יאמַר הַפָּסוּק "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חוּצָה" וְכוּ', וְעַל יְדֵי זֶה יִנָּצֵל מֵרְאוֹת", אויב מען האט מורא אז מען וועט נכשל ווערן ווען מען גייט אין גאס מיט ראיות אסורות זאל מען זאגן פאר מען גייט ארויס פון שטוב דעם פסוק (ישעיהו לג, ז): "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה, מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן", דורך דעם וועט ער געראטעוועט ווערן; אזוי פירן זיך ברסלב'ער חסידים, ווען זיי גייען ארויס פון שטוב, בשעת מען קישט די מזוזה און מען האלט די האנט אויפן מזוזה זאגט מען דעם פסוק: "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה, מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן", און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל צוריק קומען געזונטערהייט.


פאר דו גייסט ארויס פון שטוב זאלסטו אזוי טון, לייג ארויף דיין האנט אויפן מזוזה און זאג דעם פסוק: "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה, מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן", און בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל זיך היטן מיינע אויגן, העלף מיר איך זאל נישט ווערן פארברענט פונעם יצר הרע וואס וויל מיר אויסרייסן פון דער וועלט און פון יענער וועלט, ברענג מיר צוריק אהיים בשלום"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן. און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, דאס וועט דיר ראטעווען פון שלעכטס.


מען האט אמאל געהערט ווי א ברסלב'ער איד גייט אין גאס זוממער און מורמעלט זיך אונטער: "איך וויל קינדער וואס וועלן ארויס געבן ספרים", "איך וויל קינדער וואס וועלן זיין ערליכע אידן", האט מען אים געפרעגט: "מַה מָקוֹם לִתְפִלָּה זוּ?" וואס איז פשט פון בעטן דא אויפן גאס פאר קינדער וואס וועלן מחדש זיין חידושי תורה, האט ער געענטפערט: "איך רעד צו מיר אליין; איך האב יעדע סעקונדע א גרויסע תאוה אויפצוהייבן מיינע אויגן און קוקן אויפן גאס וכו', עס איז מיר זייער שווער צו היטן מיינע אויגן, אבער איך דערמאן זיך וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן יט): "מִי שֶׁאֵין מִסְתַּכֵּל עַל נָשִׁים, זוֹכֶה שֶׁזַּרְעוֹ יְחַבְּרוּ פֵּרוּשִׁים עַל הַתּוֹרָה", ווער עס קוקט נישט אויף פרעמדע פרויען וועט זוכה זיין אז זיינע קינדער וועלן ארויס געבן ספרים פון חידושי תורה; דערפאר רעד איך צו מיר אליינס, איך חזר צו מיר אז עס לוינט זיך ענדערש אראפ צו קוקן, ווייל אזוי וועל איך האבן קינדער וואס וועלן זיין ערליכע אידן תלמידי חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - כ'בין שוין א חתן, און כ'האב ווייטער שווערע נסיונות
קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסע יישר כח פאר די הערליכע שיעורים וואס איך הער כסדר אויף די האטליין, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


שוין יארן וואס איך מוטשע זיך מיט גרויסע נסיונות אין קדושה, איך קוק שמוציגע זאכן, און איך טו שמוציגע זאכן, הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, און איך קען זיך נישט ארויסזען דערפון.


איך האב געמיינט אז ווען איך וועל א חתן ווערן, וועט מיר ווערן גרינגער, דערווייל האב מיר אבער דער אייבערשטער שוין געהאלפן אז איך בין א חתן געווארן, און איך מוטשע זיך נאך ווייטער מיט שרעקליכע נסיונות, איך בעט אייך, העלפט מיר ארויס!


א גרויסן יישר כח.


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני-א, י"א ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד החתן שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען א מענטש פאלט אריין אין עבירות, בפרט ווען מען זינדיגט אין פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז זייער שווער ארויס צו קריכן דערפון.


עס שטייט אין זוהר הקדוש (ויחי ריט:) "אָמַר רַבִּי יְהוּדָה לֵית לָך חוֹבָא בְּעָלְמָא דְּלָא אִית לֵיהּ תְּשׁוּבָה בַּר מֵהַאי", עס איז נישט דא קיין עבירה וואס עס העלפט נישט דערויף קיין תשובה, אויסער ווען א מענטש איז פוגם בברית, "וְלֵית לָך לְחֲיָיבָא דְּלָא חֲמָּאָן אַפֵּי שְׁכִינְתָּא בַּר מֵהַאי", עס איז נישטא קיין זינדיגער מענטש וואס וועט נישט זוכה זיין צו זען דעם אייבערשטן אויב ער טוט תשובה, אויסער דער וואס זינדיגט אין פגם הברית; די עבירה פון פגם הברית אזוי אזוי הארב, ווייל פון יעדע טיפה וואס דער מענטש איז מוציא לבטלה איז אזוי ווי ער הרג'עט זיינע קינדער. דאס איז אפילו ווען א מענטש זינדיגט איין מאל וכו', כל שכן אז א מענטש זינדיגט אסאך מאל איז עס אזוי ווי ער איז גאר א גרויסער רוצח.


נאר דער רבי קען דיר העלפן; דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, אפילו איינער וואס איז קראנק און ליידט פון די עקלדיגע נסיונות קען אויך ארויס קריכן פון זיינע עקלדיגע געמיינע שמוץ אויב ער וועט פאלגן דעם רבי'ן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


דעריבער אז דו ביסט נעבעך אזוי אראפ געפאלן אין עבירות, איז דא פאר דיר איין עצה: נעם א משניות און הייב אן לערנען משניות; לערן איין פרק נאכן צווייטן, אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט ווייל פון אזוי פיל מאל זינדיגן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית האסטו פארלוירן דיין מח. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, דער פגם גייט ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו'. אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; דורכדעם איז מען זוכה אז מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות.


איך זאג דיר נאכאמאל: "קיינער קען דיר נישט העלפן, נאר דו אליינס"; אויב דו וועסט נעמען דעם רבינ'ס ווערטער און עס מקיים זיין, דו וועסט זאגן משניות אפילו אן פארשטיין, דעמאלט וועסטו ארויס קריכן פון דיין שרעקליכן פלאנטער אין וואס דו ביסט אריין געפאלן. ווער רעדט נאך אז דו וועסט זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, חַ"י חַ"י הוּא יוֹדֶך כָּמוֹנִי הַיּוֹם, וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.


ועל כולם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן זאלסט האבן כח זיך צו מתגבר זיין אויף דיין יצר הרע. בעט אים יעדן טאג אז דו ווילסט נישט טון די שמוציגע מעשים; בעט אים אז דו ווילסט נישט ליידן דיין גאנץ לעבן ביטערע צרות, ווייל אלע צרות וואס א מענטש ליידט קומט פון פגם הברית. ווען א מענטש איז פוגם בברית באשאפט ער קליפות, שדים און משחיתים וואס פייניגן אים, זיי גייען מיטן מענטש איבעראל און מאכן אים בעצבות ומרה שחורה. בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט תשובה טון אויף דיינע שלעכטע מעשים, אמן.

#120 - זאל איך זיך אפלאזן פון מיין שמוץ, און נישט קוקן אויף די שווערע קאנסעקווענצן?
קדושה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג רבי יואל ראטה שליט"א,


שלום וברכה, איך בין דער בחור וואס האט געפרעגט וועגן א אינגערמאן וואס שלעפט מיך צו נישט איידעלע זאכן. א גרויסן יישר כח פאר אייער תשובה.


איך וויל אבער קלארער מסביר זיין מיין סיטואציע אז דער ראש ישיבה זאל בעסער פארשטיין מיין מצב. יענער האט בילדער און ווידיאס פון מיר וואס ער קען מיר סטראשן מיט דעם און מיר אריינלייגן אין גרויסע פראבלעמען, איך ווייס פון אנדערע וועלכע האבן אסאך געליטן פון די סארט זאכן. למעשה איז יענער א שיינער באלעבאס און איך בין אן אפגעריסענער בחור פון א משוגענע שטוב, און מ'וועט זיכער יענעם גלייבן מער פון מיר. זאל איך טאקע קוקן אויף גארנישט און שפרינגען אין וואסער אריין?


ווער גייט מיר גלייבן, ווער גייט זיך אננעמען פאר מיר אין פאל פון נויט? ס'איז גענוג אז איך פיל זיך א שמאטע אונטער יענעם, איך פיל זיך ווי יענעמ'ס חפץ מיך צו ניצן פאר זיינע תאוות... איך בין גארנישט ווערד פאר מיך אליין... און דער אמת איז אז איך וויל זיך ארויסרייסן פון אים, איך וויל אזוי שטארק... איך וויין אסאך מאל אין בעט און איך וויל זיין געלונגען און צופרידן, אבער וואס זאל איך טון אז מיין גורל איז אזוי?! - ווי אזוי קען איך זיך העלפן?


מיין שאלה איז נאכאמאל צי אייער עצה איז טאקע אז איך זאל אויף גארנישט קוקן און זיך נישט רעכענען מיט די קאנסעקווענצן? איך רעד שוין נישט פון געלט וואס איז אמת'דיג א נושא פאר זיך, איך האב ממש נישט געהאט קיין געלט פאר וועש אנצוטון איידער איך האב זיך פארפלאנטערט מיט אים, זאל איך טאקע אריינשפרינגען און נישט קוקן אויף גארנישט? דער ראש-ישיבה נעמט אחריות אויב עפעס וועט געשען חלילה?


מיט דאנק פאר אייער פריערדיגע ענטפער, און איך קוק ארויס אויף אן ענטפער אויף דעם יעצטיגן בריוו.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ג שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך זע אז דו פארשטייסט נאך אלץ נישט אין וואסערע סכנה דו געפונסט זיך; נישט גענוג וואס דער שגץ האט געטון מיט דיר וכו' האט ער דיר אויך צוגענומען דיין מח אז דו קענסט שוין נישט טראכטן גראד.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ק): אויפן פסוק (בראשית לט, יב): "וַתִּתְפְּשֵׂהוּ בְּבִגְדוֹ", דער יצר הרע כאפט א מענטש מיט זיינע קליידער, ער מאכט אז דער מענטש זאל זיין פארנומען מיט קליידער וכו', אבער ווער עס האט שכל, דער קוקט נישט אויף גארנישט. זאגט דער רבי: "אַף עַל פִּי שֶּׁאֵין לוֹ בֶּגֶד לִלְבֹּשׁ, אַף עַל פִּי כֵּן אֵינוֹ מַטְרִיד עַצְמוֹ בָּזֶה וְאֵינוֹ רוֹצֶה לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְבַלְבֵּל בָּזֶה", אפילו ער האט נישט קיין קליידער אנצוטון, קוקט ער אויף גארנישט, "וְזֶהוּ 'וַיָּנַח בִּגְדוֹ אֶצְלָהּ וַיָּנָס', שֶׁמֵנִּיחַ בִּגְדוֹ וּמַלְבּוּשׁוֹ וְנָס וּבוֹרֵחַ מֵהֶם וְאֵינוֹ מַשְׁגִּיחַ כְּלָל עַל זֶה, רַק עוֹשֶׂה אֶת שֶׁלּוֹ בַּעֲבוֹדַת ה' כְּפִי מַה שֶׁיָּכוֹל", דאס איז פשט אין פסוק; יוסף הצדיק איז אנטלאפן איבערלאזנדיג זיינע קליידער, ער האט אויף גארנישט געקוקט.


איך בעט דיר ברחמים, אנטלויף פון אים! אז נישט וועט דיר זיין זייער ביטער, ווייל פונעם אייבערשטן קען מען זיך נישט באהאלטן. האק אפ אלע דיינע פארבינדונגען וואס דו האסט מיט אים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן י): "לֹא תִּכָּנֵס עִם פִּתּוּיֶיךָ בְּטוֹעֵן וְנִטְעָן, כִּי אֲרִיכַת הַרְגָּשַׁת הַחוֹשֵׁב אֲפִלּוּ לִבְחִינַת הַשּׁוֹלֵל, תִּפְעַל הַגְבָּרַת הַחֵפֵץ, וְתִתְהַפֵּךְ הָרָצוֹן אֵלָיו", מען זאל נישט רעדן מיט איינעם וואס וויל אריין שלעפן אין עבירות - נישט לטוב און נישט לרע; נישט זאגן איך גיי טון און אויך נישט זאגן איך גיי נישט טון, ווייל דאס עצם רעדן מיט א מניוול איז סכנות נפשות.


מען דארף וויסן אז א זאך וואס די תורה לאזט נישט טון - טוט מען נישט, אן קיין הסברים און אן קיין תירוצים. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", ווער עס אנטלויפט פון א צרה איז קלוג; עס איז נישט דא נאך אזא צרה ווי די צרה אין וואס דו געפינסט זיך. אנטלויף פון דעם רשע מרושע און האק אפ אלע קשרים וואס דו האסט מיט אים, געדענק אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וואס ווייסט אלעס און זעט אלעס און מען קען זיך נישט באהאלטן פון אים.


אז דו ווילסט באמת ארויס קריכן פון דיינע שמוציגע מעשים נעם דעם רבינ'ס עצה און אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן קענסטו נאך ארויס קריכן פון דיינע עקעלדיגע מעשים. די עצה פאר דעם איז תורה, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער ליגט שוין אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק, לִלְמד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די ביטערע  עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן", האט דער רבי אים געענטפערט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס; אפילו א מענטש האט פוגם געווען אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט יעדן טאג לערנען תורה, ער וועט זיך מאכן א קביעות צו לערנען 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד"; זעט מען אז תורה קען יעדן איינעם העלפן, און יעדן צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


בדרך כלל די אלע וואס זענען אראפ געפאלן אין ביטערע עבירות, בפרט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, האבן שוין נישט קיין מח צו פארשטיין לערנען, ווייל דער מח איז זיי פארברענט געווארן פון די עבירה. די איינציגסטע וועג פאר זיי איז אז זיי זאלן נעמען דעם רבינ'ס דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן סימן עו) און גורס זיין אסאך פרקים משניות, אפילו בלי הבנה כלל, דאס וועט זיי ארויס שלעפן פון זייער פלאנטער און זיי אפהאלטן פון זייער רגילות.


דאס איז דער איינציגסטער וועג פאר דיר ארויס צו קריכן פון דיינע מעשי תועבה אין וואס דו האסט זיך מרגיל געווען השם ישמרינו, איך האף אז דו וועסט פאלגן וואס איך שרייב דיר און תשובה טון.

#119 - איינער שלעפט מיר צו עבירות, ווי אזוי האק איך אפ מיט יענעם?
קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א,


שלום וברכה. איך ווייס נישט ווי אזוי אנצוהויבן... זאל איך שרייבן קודם א קאמפלימענט אויף די אלע שיעורים, דרשות און חיזוק, וואס איך הער אויס שעות און איך שעפ חיזוק, אדער זאל איך גראד צוגיין צום ענין.


איך קען שרייבן א גאנצע מגילה פון מיין לעבן בכלל, אבער איך וועל זיך האלטן צו די נושא און שרייבן גראד. איך בין א בחור פון כמעט 16 יאר. מיין שטוב איז אן ארימע שטוב, מיין טאטע קען מיר נישט געגעבן קיין געלט, איך האב זיך ארומגעדרייט מיט אן אלטע הוט און אפגעריבענע חאלאט און איך האב גארנישט געהאט, אבער ממש נישט.


פאריגע יאר האב איך געטראפן א אינגערמאן, איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים, אבער אויף א געוויסע וועג בין איך געווארן היימיש מיט אים. ער האט אנגעהויבן טון מיט מיך נישט קיין שיינע זאכן, שפעטער האב איך חרטה געהאט און געוואלט אפהאקן מיט אים, האט ער מיך אנגעהויבן געבן געלט אז איך זאל ווייטער טון מיט אים. איך בין געווען שטארק צומישט, ווייל איך האב געדארפט האבן די געלט, ער פלעגט מיך נעמען אין שיינע האטעלן, שלאפן דארט... איך וויל נישט אלעס ארויסשרייבן, אבער ס'איז אסאך ערגער ווי די ראש-ישיבה קען זיך פארשטעלן...


למעשה ווייס איך ווי שעדליך דאס איז פאר מיר, איך מוז אפהאקן מיט יענעם ווי פריער. מיין פראבלעם איז נאר, אז איך וויל זייער שטארק אפהאקן, אבער די געלט חלק שטערט מיך... מיין לעבן איז אויפגעראכטן געווארן זייט איך האב מיט אים, איך קען לעבן נארמאל, איך דארף זיך נישט שעמען פאר חברים. זייט איך האב מיט אים, האב איך געקויפט א נארמאלע הוט און רעקל, איך גיי אנגעטאן בעסער און איך מיין אז איך בין מער ארויפגעקוקט ביי מיינע חברים, ווייל מיין לעבן איז בעסער אוועקגעשטעלט.


איך פארשטיי די פראבלעם, אבער איך קען זיך נישט זען צוריק אין די שווערע מצב פון אמאל... איך קען נישט לייגן אויף מיין מחשבה אז איך מוז צוריקגיין צו אזא שפלות.


אויסער דעם, איז אויך דא נאך א פראבלעם. יענער האט אינפארמאציע אויף מיך, ער האט פיקטשערס און ווידאוס וואס איך וויל שטארק נישט אז ס'זאל ארויסגיין אויף די גאס, און יענער האט מיך שוין אמאל מרמז געווען, אז איינמאל ער זעט פראבלעמס מיט אונזער קשר, דעמאלס איז די ווידאוס דא... ליידער ווייס איך פון בחורים און אינגעלייט וואס עס דרייט זיך ארום ווידאוס פון זיי, און די בושות איז שרעקליך - אפילו פון זייער משפחה. איך קען נישט זיין קיין קרבן פון דעם.


איך פארשטיי אז ווען איר וועט ליינען די בריוו וועט אייער בלוט ארויפקומען אין קאפ, אבער איך וויל אז איר זאלט טראכטן רואיג און פארשטיין די צווייטע זייט, אז ס'איז נישט אזוי פשוט ווי עס קוקט אויס.


א גרויסן יישר כח פאר אייער הילף.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט מיר: "איך זאל מיר האלטן רואיג ווען איך ליין דיין בריוו".


הער אויס טייערער בחור: חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא בראשית, סימן יב): "הַכֹּל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְוַתֵּר, חוּץ מִן הַזִּמָּה", אויף אלעס איז דער אייבערשטער מוותר, אבער ווען עס קומט צו עבירות פון ניאוף און מעשה תועבה, דארט איז דער אייבערשטער נישט מוותר. מען באקומט א ביטערע עונש אויב מען טוט נישט קיין תשובה.


נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה כו, ה): "עַל הַכֹּל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַאֲרִיךְ אַפּוֹ, חוּץ מִן הַזְּנוּת", אויף אלע עבירות וואס א מענטש טוט ווארט דער אייבערשטער אז מען זאל תשובה טון, אבער ווען עס קומט צו ניאוף רחמנא לצלן דארט איז דער אייבערשטער נישט מאריך אף, נאר דער אייבערשטער באצאלט א ביטערע עונש.


דאס וואס דו האסט מורא פון בזיונות, זאלסטו וויסן אז אויב דו וועסט נישט תשובה טון וועט דיין סוף זיין זייער ביטער. מיין נישט אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער זאגט (ירמיהו כג, כד): "אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ, נְאֻם ה'", ווי קען זיך א מענטש באהאלטן פון מיר? "הֲלוֹא אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ אֲנִי מָלֵא נְאֻם ה'", דער אייבערשטער איז דאך איבעראל.


מיין נישט אז מען קען זיך באהאלטן אין שיינע האטעלן טון עבירות און דאס וועט בלייבן א סוד. דער אייבערשטער זאגט (איוב כד, טו): "וְעֵין נֹאֵף שָׁמְרָה נֶשֶׁף לֵאמֹר לֹא תְשׁוּרֵנִי עָיִן", די בעלי עבירות רעדן זיך איין און טראכטן ביי זיך: 'מיר וועלן ווארטן עס זאל ווערן נאכט דעמאלט וועלן מיר טון עבירות; מיר וועלן גיין אין באהאלטענע פלעצער אז קיינער זאל אונז נישט זען'. זאגן חכמינו זכרונם לברכה (במדבר רבה ט, א): "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי, לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", א מענטש מיינט טאקע אז ער קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, וואס טוט דער אייבערשטער? "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם", דער אייבערשטער פארשעמט אים אויף דער גאנצע וועלט.


דער רבי האט אמאל זייער חוזק געמאכט פון די עקלדיגע עבירה, אזוי ווי ר' נתן ברענגט (שיחות הר"ן, סימן שד): פַּעַם אַחַת הִתְלוֹצֵץ מִזֶּה וְאָמַר: "שֶׁעַל זֶה מְבַקְּשִׁים בְּכָל יוֹם אַל תְּבִיאֵנִי לִידֵי נִסָּיוֹן וְלֹא לִידֵי בִּזָּיוֹן", וְאָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן: "אָדֶער אַ נִסָּיוֹן אָדֶער אַ בִּזָּיוֹן", ווייל אז עס ווערט אויס נסיון ווערט בזיונות; היינט קען מען ממש זען דעם רוח הקודש פון רבי'ן, די וועלט איז אזוי פארגעשריטן אז ווען עס גייט ארויס א בילד פון איינעם ווי ער דרייט זיך אויף שמוציגע פלעצער וכו' ווערט ער אין איין רגע פארשעמט אויף די גאנצע וועלט.


אויף דעם וואס דו שרייבסט אז דו טוסט דאס ווייל דו דארפסט געלט און דו דארפסט קליידער וכו'; קוק וואס דער הייליגער חפץ חיים פארציילט (ספר נדחי ישראל, פרק כג) פארוואס דער הייליגער צדיק רבי מרדכי יפה זכר צדיק לברכה (מחבר ספרי הלבוש) האט זוכה געווען צו מאכן די הערליכע חיבורים און זיי א נאמען געגעבן "לבושים". ווייל ווען דער הייליגער לבוש איז געווען א בחור האט ער געהאט א גרויסער נסיון וכו'; ער איז אנגעקומען צו איינעם אין שטוב און זי האט אים אנגעפאנגען מוטשען צו טון אן עבירה רחמנא לצלן, זי האט אים איינגעשפארט אין הויז ער זאל נישט קענען אנטלויפן און עס איז נישט געווען קיין שום וועג זיך צו ראטעווען נאר דורך דעם לאך אונטערן בית הכסא, דער לבוש האט נישט געקוקט אויף גארנישט ער איז אריין געקראכן אינעם שמוציגן לאך און ער מיט זיינע אלע קליידער זענען געווארן זייער שמוציג פון בית הכסא, ער איז געווען אין דער פרעמד און ער האט נישט געהאט קיין אנדערע קליידער וכו' אזוי ארום האט ער געהאט גרויסע בזיונות זיך ארום צו דרייען מיט קליידער וואס זענען פארשמירט פון בית הכסא, דערפאר האט ער זוכה געווען צו מחבר זיין די אלע ספרים און זיי א נאמען געגעבן לבושים.


שעם דיר אז פאר אפאר דאללער פארקויפסטו דיין נשמה פארן שטן, שעם דיר אז דו ביסט אזוי ביליג ביי דיר אז דו פארדינגסט זיך צו טון עקעלדיגע מעשים פאר א היט און א רעקל; ווי קען א מענטש זיין אזוי נידעריג ביי זיך אז פאר געלט זאל ער אוועק געבן זיין לעבן?!


אנטלויף פון דעם שלעכטן חבר און קום צוריק צום אייבערשטן, ווער צוריק אן ערליכער איד. דו ביסט א יונגער בחור און דו דארפסט נאך חתונה האבן, דו דארפסט אויף שטעלן אידישע דורות. האב נישט מורא פון דאס וואס ער סטראשעט דיר אז ער וועט דיר פארשעמען; דאס איז דער וועג פון אלע מניוולים, זיי ווארפן א פחד אויף זייער קרבן וואס זיי האבן אונטער זיך, אזוי קענען זיי ממשיך זיין מיט זייער מניוולות.


קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לה:) וואס האט יוסף הצדיק געטון ווען אשת פוטיפר האט אים אנגעשראקן אז זי גייט אים לייגן אין תפיסה אויב ער וויל נישט טון מיט איר די עבירה? ער האט איר געזאגט: "איך האב נישט מורא פון תפיסה, 'ה' מַתִּיר אֲסוּרִים' - דער אייבערשטער נעמט ארויס פון תפיסה", האט זי אים געסטראשעט: "הֲרֵינִי כּוֹפֶפֶת קוֹמָתְך", איך גיי דיר אזוי פייניגן אז דו וועסט ווערן איינגעבויגן פון די שרעקליכע יסורים וכו', האט יוסף געזאגט: "איך האב נישט מורא, 'ה' זוֹקֵף כְּפוּפִים' - דער אייבערשטער העלפט די איינגעבויגענע זיי זאלן ווערן צוריק גראד", האט זי אים ווייטער געזאגט: "הֲרֵינִי מְסַמֵּא אֶת עֵינֶיך", איך גיי דיר אויסשטעכן דיינע אויגן, האט יוסף איר געזאגט, "ה' פּוֹקֵחַ עִוְרִים – דער אייבערשטער מאכט זעהעדיג די בלינדע", האט זי אים געזאגט: "נָתְנָה לוֹ אֶלֶף כִּכְּרֵי כֶסֶף", איך גיי דיר געבן אסאך געלט אויב דו וועסט טון מיט מיר די עבירה, אבער יוסף האט איר געזאגט: "ניין, ניין און נאכאמאל ניין. איך וויל נישט זיין מיט דיר אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט".


איך האף אז דו וועסט תשובה טון, און אנטלויפן פון דעם מניוול ווי פון פייער, אז נישט וועסטו האבן גרויסע בזיונות און באקומען א גרויסער עונש.


איך האף אז דו וועסט תשובה טון וואס שנעלער.

#118 - ווי אזוי קען איך זיין ריין פון פגם הברית?
קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן וואס איך קען טון צו זיין ריין פון פגם הברית. איך האב מיך שוין פרובירט פארצונעמען אלע סארט קבלות צו זיין ערליך, און איך בעט זייער אסאך דעם אייבערשטער דערפאר, אבער איך קען נישט ארויס קריכן דערפון, וואס איז די עצה? וויאזוי שטארקט מען זיך אויף די יצר הרע?


א גרויסן דאנק אויף אלעס און אלעמען.


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה איז זייער א הארבע עבירה, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם) "כְּאִילוּ שׁוֹפֵך דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים. אזוי אויך "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן ר"מ, סעיף יד): ווי מער א מענטש איז פוגם בברית - "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו, וְכֹחוֹ תָּשַׁשׁ" - ווערט ער אפגעשוואכט און פארעלטערט, מען פארלירט די כוחות, אזוי אויך "עֵינָיו כֵּהוֹת, וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", די אויגן ווערן אים אפגעשוואכט, עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון זיין מויל; "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פונעם קאפ פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אסאך ווייטאג אויפן מענטש; זעט מען פון דעם וואס די עבירה ברענגט אויפן מענטש בגשמיות.


נאכדעם האט דער מענטש שאדן ברוחניות, אז ער פארלירט אלסדינג; ווען א מענטש זינדיגט אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית פארלירט ער דעם טעם פון דאווענען, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית, אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", ווער עס איז פוגם בברית, קען נישט דאווענען.


נאך א שאדן, אז מען ווערט זייער דעפרעסט; א מענטש כאפט נישט פון וואס ער איז אזוי בעצבות, אבער באמת קומט זיין דעפרעסיע און צעבראכענקייט ווייל ער זינדיגט אין פגם הברית, די עבירות מאכן אים דעפרעסט און צעבראכן, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער אין די תורה: "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", פון די עבירה קומט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך, און שפירט נישט קיין טעם אין זיין לעבן.


די עצה ארויס צו קריכן פון די שלעכטע געוואוינהייט - איז תפילה והתבודדות, מען דארף שרייען צום אייבערשטן אז מען זאל קענען ארויסגיין פון די ביטערע עבירה.


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה, דאס זאלסטו זאגן יעדן טאג פארן אייבערשטן, נישט איין מאל און נישט צוויי מאל, ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף דיר:


"רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר; איך וויל זיין אן ערליכער איד אבער איך האלט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית, איך בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו טון די עבירה, אז עס איז מיר שוין זייער שווער זיך ארויס צו רייסן דערפון. הייליגער באשעפער, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין צוריקפאלן, איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר. הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח, העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר, איך גיי ארום מיט נארישע געדאנקען, איך רעד מיר איין אז דו דארפסט מיר נישט, איך בין אזוי דערשראקן אז איך קען שוין נישט תשובה טון".


אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן; זאלסט אים אלעס פארציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער וואו דו ליגסט.


בדרך כלל ווער עס פאלט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית האט נישט קיין מח צו לערנען בעיון, דערפאר זאלסטו זאגן יעדן טאג משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, ווייל דיין מח איז אויסגעריסן פון אזויפיל זינדיגן, דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, זאלסט זאגן פרקים משניות, ווייל משניות רייניגט דעם מענטש. "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן, און ער ווערט ריין.


משניות האט א סגולה אז דאס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי"; דורכדעם וואס מען זאגט משניות, נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


אויב דו קענסט זאגן אכצן פרקים משניות, איז דאס א מורא'דיגע זאך; ח"י פרקים משניות יעדן טאג מאכט אז דער מענטש זאל ווערן לויטער, עס געבט צוריק דעם מח פארן מענטש, ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין דער עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט אים אויסגעריסן זיין מח מחשבה, ווייל די זרע קומט פונעם מח, און אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטריקנט וכו', און ווען מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארע מח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#117 - ווי אזוי און וואס דארף א לערערין רעדן אין קלאס צו די מיידלעך?
חינוך הילדים, קדושה, מלמדים, לערערין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אידיש לערערין, איך האב מיידלעך פון 14 15 יאר, איך הער אייערע שיעורים און איך לערן מיט די מיידלעך די לימודים וואס איר לערנט, אסאך מיידלעך באמערקן עס, ווייל זיי הערן אויך אויס די שיעורים, און זיי ווייסן אז עס מוז זיין אז די אלע שיינע זאכן וואס איך זאג קומט פון דא.


איך וויל וויסן ווי אזוי מען נעמט די קוראזש צו רעדן צו די מיידלעך עניני צניעות און עניני קדושה, יעדן טאג איידער איך גיי אריין אין קלאס, בעט איך דעם אייבערשטן אז איך זאל היינט רעדן, אבער איך קען נישט. איך ווייס אז מ'מוז רעדן און איך פארשטיי זייער גוט וואס איר זענט מרמז ביי די שיעורים, אז א לערערין מוז רעדן אפן, אבער ווי אזוי? עס איז ממש נישט מעגליך!


ח. ב.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, י' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ח. ב. תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר זענט מחנך אידישע קינדער אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידישע מאמעס; איר דארפט זיך זייער פרייען אז איר האט זוכה געווען צו אזא הייליגע ארבעט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד – אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת". איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן און באשיינען די וועלט. מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דאס זייער שיין מסביר זיין; פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון דער וועלט, אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א לערערין האט. ווייל א לערערין פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן, און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אויף און טוהן גוטע זאכן גייט אלעס אויפן חשבון פון די לערערין.


איך בעט אייך זייער איר זאלט געבן א שמייכל און א גוט ווארט פאר יעדע מיידל, בפרט פאר די וואס קיינער קוקט נישט אויף זיי, פאר די וואס קומען פון משפחות וואס מען רעכענט זיך נישט מיט זיי, זיי דארפן זייער וויכטיג מען זאל זיי זאגן א גוט ווארט, ווייל עס איז נישט דא ווער עס זאל זיי דאס געבן.


עס זענען ליידער דא טיטשערס וואס וועלן זיך נעמען אויף א מיידל פון א משפחה וואס מען האט נישט מורא אז די מאמע וועט פארפירן, און מיט די מיידל שלאגט מען כפרות ווען מען האט א שווערע טאג וכו', מען לאזט אויס די נערוון אויף די סארט מיידלעך רחמנא לצלן; איר זאלט זייער אכטונג געבן צו גיין פארקערט פון דעם, דוקא פאר די צעבראכענע מיידלעך דארף מען בעיקר ווייזן א שמייכל און געבן גוטע ווערטער, פאר זיי דארף מען געבן ליבשאפט.


אויב מען געבט אכטונג אויף די צעבראכענע קינדער דעמאלט הייסט מען א ריכטיגע מנהיג ישראל; חכמינו זכרונו לברכה פארציילן (מדרש שמות רבה ב, ב-ג): דוד המלך איז געווען א פאסטוך אלץ יונגער בחור; ער פלעגט שטענדיג אכטונג געבן אויף די שוואכע און יונגע שעפעלעך זיי זאלן האבן וואס צו עסן. ער פלעגט קודם ארויסברענגען די קליינע שאף צו פאשענען ווייל זיי האבן נאך נישט קיין גרויסע ציין און זיי קענען נישט עסן פון די אונטערשטע חלק פון די תבואה וואס דארט איז זייער הארט, אז זיי זאלן אפעסן די ווייכע תבואה. נאכדעם האט ער געפענט די טיר פאר די מיטעלע שאף וואס האבן שוין גרעסערע ציינער, זיי זאלן עסן פון די מיטלסטע חלק פון די תבואה, נאכדעם האט ער ארויסגענומען די עלסטע שאף וואס זיי האבן גאר שארפע ציינער און זיי קענען עסן די הארטע תבואה און אויסרייסן די ווארצלען. האט דער אייבערשטער געזאגט פאר דוד: "דוד, איך זע ווי דו האסט רחמנות אויף שעפעלעך, דו ביסט ראוי צו זיין דער מנהיג ישראל", אזוי ווי עס שטייט (תהלים עח, עא): "מֵאַחַר עָלוֹת הֱבִיאוֹ, לִרְעוֹת בְּיַעֲקֹב עַמּוֹ, וּבְיִשְׂרָאֵל נַחֲלָתוֹ".


א טיטשער דארף לעבן מיט די קלאס; א טיטשער קען נישט זיין נאר טיטשער מיט דעם וואס זי לערנט וואס מען דארף לערנען. א טיטשער דארף וויסן וואס עס טוט זיך צווישן די מיידלעך, א טיטשער דארף בודק זיין אויב עס איז דא א מיידל וואס טרעט אויף אנדערע, אפשר האבן די מיידלעך מורא פון געוויסע מיידלעך וואס טשעפען וכו', דאס איז דער עיקר שבעיקרים - אויסלערנען פאר די מיידלעך מידות טובות.


איך כאפ אן א ביישפיל, מען דארף אויסלערנען מיידלעך - בפרט קליינע מיידלעך, אז מען טאר נישט זאגן קיין סודות אין קלאס, אדער ווען א צווייטע מיידל שטייט נעבן דיר, און מען לייגט דאס אראפ מיט מעשיות וכו', ווייל דאס הייסט טשעפען.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי מען האט די שטארקייט צו רעדן צו די תלמידות פון קדושה וכו'; עס איז דא א מאמר החכם: "הַהֶכְרֵחַ לֹא יְגֻנֶּה", אז מען דארף רעדן פון דעם האט מען נישט קיין ברירה. איך ווייס אז עס איז שווער צו רעדן פון די ענינים וכו', מיר איז אויך זייער שווער צו רעדן צו די בחורים פון קדושה, ווייל מען דארף זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט און וואס מען רעדט, אבער פָּטוּר בְּלֹא כְּלוּם אִי אֶפְשַׁר - מען מוז רעדן.


ווער עס איז עוסק מיט מענטשן וכו', ווייסט אז מען וואלט ווען געקענט אינשפארן אסאך צרות דורך דעם וואס מען רעדט צו קינדער זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון מנוולים; זייער אסאך מאל איז דא שלום בית פראבלעמען, און מען פרובירט צו זען פארוואס די מאן און ווייב לעבן נישט צוזאמען וכו', ביז מען דערוויסט זיך אז דא האט איינער געטשעפעט וכו'. דאס זעלבע דארף מען רעדן צו מיידלעך זיי זאלן זיך פירן איידל צווישן זיך אליינס וד"ל, ווייל אז מען רעדט נישט ווייסט מען נישט, און אז מען ווייסט נישט קומט מען צו צו טון כְּמַעֲשֵׂה אֶרֶץ מִצְרַיִם רחמנא לצלן.


ווען מען דארף אמאל געבן א קנס פאר א מיידל, טאר מען נישט קנס'ענען מיט הייסן זאגן תהילים וכדומה; ווייל ווען זיי וועלן ווערן עלטער וועלן זיי נישט וועלן זאגן תהילים, עס וועט בלייבן ביי זיי איינגעקריצט אין מח אז תהילים איז א קנס. מען קנס'עט למשל, אז אויב דו וועסט נישט טון וואס אלע טוהן וכו', וועסטו דארפן זיצן דא אין קלאס ווען מען גייט לאנטש וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אייער הייליגע ארבעט

#116 - איך פאל אסאך דורך אין פגם הברית רח"ל, ווי אזוי קען איך תשובה טון?
קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג רבי יואל ראטה שליט"א


איך האב געליינט אביסל די בריוון וואס איר האט געענטפערט פאר מענטשן, און דאס האט מיר געמאכט טראכטן אז אפשר האב איך נאך אויך אן האפענונג.


שוין יארן וואס איך פאל ליידער דורך מיט די ביטערע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן. לעצטנס גיי איך ליידער אויך אויף שמוציגע פלעצער וואו מ'מאכט מאסאדזשעס וכו'. אבער דאס הארץ קלאפט מיר זייער און איך בין זייער צעבראכן דערפון, איך וויל באמת תשובה טון; איז דא פאר מיר א וועג ווי אזוי ארויסצוקריכן פון עבירות און ווערן אן ערליכער איד?


איך האף איר וועט מיר קענען ענטפערן אפילו ווען איך קען נישט שרייבן מיין נאמען.


א גרויסן דאנק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, איז זייער א הארבע עבירה. אזוי ווייט, אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה. "רַבִּי יִצְחָק וְרַבִּי אַמִּי אָמְרֵי, כְּאִילוּ שׁוֹפֵך דָמִים", רבי יצחק און רבי אמי זאגן, ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים. "רַב אַסִּי אָמַר, כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", רב אסי זאגט, ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


נאכדעם וואס דער מענטש גייט אוועק פון דער וועלט בלייבן די טיפות צוגעטשעפעט צו אים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קמא) אז די אלע טיפות וואס מען איז מוציא לבטלה וכו', זיי גייען נאך דעם מענטש ווען דער מענטש שטארבט, זיי זענען אים מלוה וכו', דאס איז א מורא'דיגע צער און בושה פארן מענטש רחמנא לצלן.


וויי פאר די וואס גייען צו פלעצער וואו מען מאכט א מאסאדזש וכו'; מען מיינט אז מען האט א פרייליכן סוף וכו'. קוק וואס דער תורה זאגט, וואס דער סוף איז ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית (בראשית מו, יב): "וַיָּמָת עֵר וְאוֹנָן בְּאֶרֶץ כְּנַעַן", דער אייבערשטער האט גע'הרג'עט עֵר וְאוֹנָן ווייל זיי האבן געזינדיגט אין די עבירה; אויב טוט מען נישט תשובה איז זייער ביטער ביים סוף. מען האט א שלעכטע סוף, א ביטערע סוף, מען ווערט אלט און שוואך, מען ווערט א גערעגטע מענטש, מען ווערט א שלעכטע מענטש, דאס איז דער סוף פון עבירות, נישט ווי מען מיינט אז דאס איז א פרייליכע סוף רחמנא לצלן.


דו שרייבסט אז דו דארפסט אן עצה זיך צו קענען איינהאלטן נישט צו גיין אויף די פלעצער; א איד איז געקומען צום רבי'ן פרעגן, ווי אזוי קען זיין אז א מענטש האט א בחירה ווען עס איז ממש נישט מעגליך אויפצוהערן צו טון וואס מען האט זיך צוגעוואוינט צו טון? האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קי): "עס איז זייער פשוט צו פארשטיין, אויב מען וויל טוט מען עס, און אז מען וויל נישט טוט מען נישט". שרייבט ר' נתן (שם): "איך האב מיר פארצייכענט וואס דער רבי האט אים געענטפערט. ווייל זייער אסאך מענטשן האבן די קשיא, זיי זענען שוין צוגעוואוינט צו טון שלעכטע מעשים, דערפאר מיינען זיי אז עס איז זיי שווער ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים".


דאס וואס דו פרעגסט צי דו קענסט נאך תשובה טון; וואס איז די שאלה? זיכער קענסטו תשובה טון! דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, ער ווארט מען זאל צוריק קומען צו אים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמות רבה יט, ד) אויפן פסוק (איוב לא, לב): "בַּחוּץ לֹא יָלִין גֵּר"; "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה, אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל; הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה, וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, די טירן זענען שטענדיג אפען, ווער עס וויל צוריקקומען צום אייבערשטן קען שטענדיג צוריקקומען צו אים. נאך זאגן חז"ל (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד שָׁם", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, ער קומט אן אויף א פלאץ וואו צדיקים קומען נישט אן; ווייל א מענטש וואס איז שוין געווען אריין געכאפט ביים ס"מ און רייסט זיך ארויס פון דארט, ער קערט זיך צוריק צום אייבערשטן - דער מענטש איז זייער חשוב אויבן אין הימל.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות', א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ, מען זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, וואו דער יצר הרע ווארפט דיר אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל דו ווילסט שוין זיין גוט פאלסטו נאכאמאל צוריק אריין אין דיין בלאטע.


זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, יעדן טאג זאלסט אהינגיין זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן. פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, און ווי ער ווארפט דיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך האלט אין איין אראפאלן אין פגם הברית, איך בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו טון די עבירה אז עס איז מיר שוין זייער שווער זיך ארויסצורייסן דערפון. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל מיך קענען היטן מיינע אויגן, געב מיר ריינע אויגן, איך וויל נישט קוקן שמוציגע מאוויס, שמוציגע קליפס. וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, הייליגע באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח, העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר, איך גיי ארום מיט נארישע געדאנקען, איך רעד מיר איין אז דו דארפסט מיר נישט, איך בין אזוי דערשראקן אז איך קען שוין נישט תשובה טון".


אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס פארציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער וואו דו ליגסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו טון תשובה שלימה.

#115 - דערציילט וואס ער איז אריבער אלס קינד ווען קיינער האט אים נישט אויסגעלערנט
חינוך הילדים, קדושה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א,


אני לכאורה מבוגר ממך בשנים, ואני ב"ה איש מצליח, יש לי משפחה ועבודה ב"ה וב"ש, אבל במסתרים תבכה נפשי בנסיונות של קדושה שיש לי מאז שאני זוכר את עצמי.


אני לא חסיד של ברסלב בכלל, וגם איש נכבד במקום שאני נמצא, אבל מישהו שלח אלי קלי"פ מדרשה שאמרת לבחורים בישיבתך, ובאתי בזה לחזק ידך ולשבח מעשיך.


כשאני הייתי ילד אני זוכר שהיה לי חבר שעשיתי עמו דברים נוראים ביחד. לא הייתי ילד רע בכלל, הייתי מהכי טובים של הכיתה בחדר, מהכי הכי; אבל לא ידעתי, הייתי קצת נאיוו ולא הבנתי רמזים "כפי שאתה אומר בהדרשה שלך". אבל הכי כואב זה שבימי הבר מצוה אני זוכר שאמרתי להחבר שלי שהרבי אמר שמשהו שאינו מצוה הוא עבירה, וזה שאנחנו עושים בסתר אינו לכאורה מצוה ואולי זהו עבירה וממילה לא נעשה את זה יותר; זהו עד היכן התמימות שלי היה. [וברור לי שלא הייתי בן יחיד בזה]. ויש לי טענות גדולות על ההנהלה, אולי באם היה שם מישהו כשהייתי קטן שיהיה לו האומץ להגיד את זה ברבים, לא הייתי עובר עכשיו כשאני כבר מחתן ילדים בעיות כל כך חמורות בעניני קדושה.


ע"כ אני רק רוצה לחזק אותך בזה, ויעזור השי"ת שיהיה לך הרבה הצלחה.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס גייט נישט אריבער א טאג וואס איך זאל נישט הערן אזעלכע מעשיות וואס דו שרייבסט; וואס זאלן מיר טון אז מען לערנט נישט מיט קינדער און בחורים זיי זאלן זיך היטן פון עבירות, זיי זאלן זיין נזהר אין שמירת הברית... דאס דארפן מיר זאגן פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, אידישע קינדער ווילן זיין גוט, זיי ווייסן נישט וואס צו טון, מען לערנט נישט אויס פאר קינדער און בחורים וואס צו טון; אפילו די ערליכע מלמדים וואס רעדן שוין יא, רעדן אויך נישט קלאר, מען רעדט נאר מיט רמזים, מען זאגט פאר די קינדער אז מען דארף זיין ערליך און אפגעהיטן וכו'", קינדער פארשטייען נישט וואס מיינט וכו' וכו', מען דארף רעדן קלאר און דייטליך, מען זאל וויסן וואס מען טאר נישט טון.


עס איז ידוע אז דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער האט געהייסן אלע מלמדים זיי זאלן רעדן צו די קינדער וועגן שמירת הברית, עס איז געווען געוויסע רבנים ביי די אסיפת המלמדים וואס האבן גע'טענה'ט אז מען זאל נישט רעדן צו די קינדער פון שמירת הברית, ווייל אז מען וועט רעדן וועלן זיי וויסן וכו', האט דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער געקלאפט אין טיש און געזאגט אז מען דארף יא רעדן, און אז מען רעדט נישט ווייסן נישט די קינדער בכלל פון וואס זיך צו היטן.


ביי יענע אסיפה האט ער דערציילט די מעשה וואס ווערט געברענגט אין תנא דבי אליהו (פרק יח): אליהו הנביא האט דערציילט: איך האב געטראפן א מלמד וואס האט געהאט זייער אסאך תלמידים - בערך צוויי הינדערט תלמידים; נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו דעם שטאט פון דעם מלמד, ווען איך האב אויפגעזיכט דעם מלמד אים צו טרעפן, האט מען מיר געזאגט אז דער מלמד איז שוין געשטארבן, צוזאמען מיט זיין ווייב און קינדער, אזוי אויך זענען אלע תלמידים געשטארבן. האב איך אנגעהויבן צו וויינען, איך האב זייער שטארק געוויינט 'פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה, מיט די תלמידים, זענען אלע געשטארבן', ביז עס איז געקומען צו מיר א מלאך פון הימל און מיר געפרעגט: "אליהו, פארוואס וויינסטו?" האב איך אים געזאגט, "צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן..." האט מיר דער מלאך געזאגט: "וויין נישט אליהו, זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן"; האט דער רבי זי"ע מסאטמער געזאגט פאר די מלמדים, דא זעט מען דער חיוב וואס מלמדים האבן צו רעדן צו קינדער פון וואס מען דארף זיך דערווייטערן.


עס איז באוואוסט אז דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו האט אין די לעצטערע יארן געהאט א מחלה לא עלינו אויפן פלאץ וואו מען גייט ארויס, ער האט געדארפט האבן א קאטערער ארויס צו גיין לצרכיו, און ער האט געהאט זייער שטארקע יסורים. האט דער הייליגע חתם סופר זי"ע געזאגט: "איך האב זיך מתבונן געווען פארוואס איך האב באקומען דעם שטראף, איך האב דאך קיינמאל נישט פוגם געווען בברית, נאר וויבאלד איך האב גערעדט צו ווייניג צו מיינע תלמידים פון שמירת הברית, איך פלעג רעדן נאר איין מאל א יאר ביי די 'כל נדרי דרשה' צו מיינע תלמידים פון שמירת הברית, דערפאר האב איך באקומען דעם עונש".


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי-אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל א תיקון אויף פגם הברית, זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פארעכטן וואס ער האט פוגם געווען, ווי ער זאל עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, דערפאר זאלסטו זען צו העלפן דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און זיי פארשפרייטן אויף די וועלט, אז נאך אידישע קינדער זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, און אונז שיקן משיח צדקינו, ער וועט אונז לערנען אז מיר אלע זאלן תשובה טון, און ער וועט אונז אויסלייזן פון אונזער ביטערן גלות, אמן.

#114 - איך בין דורכגעפאלן אמאל, דארף איך גיין פאר הילף?
קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש הישיבה שליט"א,


קודם א יישר כח פאר אלע שיעורים. די לעצטע יאר האב איך שוין ב"ה מסיים געווען גאנץ משניות, ווי אויך בין איך יעדן טאג מעביר סדרה די פסוקים פון יענעם טאג, אלעס א דאנק די שיעורים.


וואס איך וויל פרעגן, איך האב ליידער געטןהן עבירות עטליכע מאל מיט א צווייטען אינגערמאן, וואס יענער איז ליידער קראנק אויף די זאכן, ב"ה אז יענער גייט שוין פאר הילף, למעשה האט ער פארציילט פאר יענעם צו וועם ער גייט פון דעם און יענער האט מיר גערופן אז ער וויל רעדן מיט מיר, איך האב שוין למעשה אפגעהאקט מיט דעם אינגערמאן און איך טו נישט די זאכן מיט קיינעם, איז מיין שאלה צי זאל איך גיין צו יענעם ווייל איך ווייס נישט וואס יענעמ'ס ציל איז, ווי אויך האלט איך נישט אז איך דארף צוקומען צו הילף, ב"ה איך האב שיעורים יעדן טאג איך הער די דרשות פונעם ראש הישיבה איך טו תפילה און תשיבה אויף די פארגאנגענהייט.


ב"ה אז איך ליג נישט אין די אלע שמוץ, מיין קאפ ליגט אין ארבעט, תורה, שטוב, קינדערלעך. דאס אז איך בין דורכגעפאלן מיט איינעם לדעתי מיינט נאך נישט אז איך דארף גיין צו איינעם ובפרט אז איך ווייס בכלל נישט צו וואס יענער צילט דא, און איך פיל מיר זייער געפאלן ביי מיר צו גיין צו אזא סארט מענטש ווען איז בין בכלל נישט אין די סארט מדריגה.


אזויווי איך האלט אז דער ראש הישיבה איז דער "איינציגסטער" מענטש היינט וואס מען קען פרעגן די שאלות און וועט מיר באמת זוכן צו העלפן וויל איך פרעגן ווי אזוי איך זאל מיר דא פירן.


איך וויל ענדיגן אז איך בין מקנא די עולם הבא פונעם ראש הישיבה, ווייל וויפיל איך זעה ביי מיר וואס די שיעורים טוט אויף, בין איך זיכער אז עס זענען דא נאך טויזענטער אינגעלייט און בחורים וואס עס טוט זיי העלפן אין אלע ענינים.


א ישר כח אויף אלעם, כל טוב.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ - חנוכה, ד' דחנוכה, כ"ז כסליו, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען טוט אן עבירה, אפילו מען איז נאר איינמאל דורך געפאלן אין דעם, דארף מען תשובה טון. אז מען טוט תשובה איז דער אייבערשטער מוחל אויף וואס מען האט געטון, אבער אויב מען טוט נישט תשובה, איז זייער ביטער.


דערפאר זאלסטו פארן קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון. דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון, ער וועט זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות, "וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט, אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שואל תחתית"; דערפאר אז דו ווילסט פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען, כאפ דיר אריבער קיין אומאן ווי שנעלער, און דו זאלסט זאגן דארט דעם תיקון הכללי. זאלסט זיך מתוודה זיין פארן אייבערשטן, אים אלעס דערציילן וואס דו האסט געטון, וועסטו אלעס פאררעכטן.


עס איז נאריש צו גיין צו מענטשן וכו' זיי פארציילן די זינד וואס מען האט געטון; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:) אויפן פסוק (תהלים לב, א): "אַשְׁרֵי נְשׂוּי פֶּשַׁע כְּסוּי חֲטָאָה", אז מען טאר נישט דערציילן פאר מענטשן די עבירות וואס מען האט געטון, ווער עס דערציילט פאר א צווייטן זיינע זינד, איז א סימן אז ער איז אן עזות פנים; זאלסט זיך אויסגיסן דיין הארץ פארן אייבערשטן, און אים בעטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף וואס דו האסט געטון, בפרט אויף די עקעלדיגע זאכן וואס דו האסט געטון מיט א צווייטן וכו'. אויב דו וועסט תשובה טון וועט דיר גוט זיין, אבער אז מען טוט נישט תשובה איז זייער ביטער ביים סוף, בזמן שבית המקדש היה קיים, וואלטן די סנהדרין געגעבן אויף די עבירה סקילה.


מיין נישט אז היינט איז נישט דא קיין עונש אויב מען טוט נישט תשובה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות ל.) אפילו מיר האבן נישט קיין בית המקדש, מיר האבן נישט קיין סנהדרין וואס זאלן מעניש זיין מיט די ד' מיתות בית דין, אבער די ד' מיתות בית דין גייט נאך אן אפילו היינטיגע צייטן - אויב מען טוט נישט תשובה; ווער עס איז מחויב סקילה, פאלט אראפ פון א דאך, אדער ווערט ער פארציקט פון א חי'; ווער עס איז מחויב שריפה, ווערט פארברענט, אדער כאפט ער א ביס פון א שלאנג; אזוי אויך, ווער עס איז מחויב מיתת הרג, וועט ער געהרג'ט ווערן; ווער עס איז מחויב חנק, ווערט דערטראנקען אין וואסער, אדער ווערט ער דערשטיקט; מען הערט ליידער היינטיגע צייטן זייער אסאך שוידערליכע מעשיות פון עקסידענטס און אנדערע פארשידענע אומגליקן, עס איז נישט אומזיסט, אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז מיט א פונקטליכער חשבון.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן לג): "ווער עס טוט די עבירה פון משכב זכר, וועט צום סוף אנקומען אין תפיסה"; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן ח): "מען טאר נישט מלמד זכות זיין אויף איינער וואס זינדיגט אין די עבירה פון משכב זכור"; דערפאר זאלסטו זיך גוט בארעכענען וואס דו האסט געטון, און זאלסט תשובה טון, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל אריין לייגן אין דיר א רוח טהרה, זאלסט זוכה זיין תשובה צו טון.

#113 - אויף וועלכע עבירות העלפט די "תיקון הכללי"?
קדושה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, 17 יאר אלט, איך וויל פרעגן דעם ראש הישיבה אויף דעם בריוו  פון א בחור וואס פרעגט וועגן זאגן תיקן הכללי אויף מוציא זיין זרע לבטלה, צי דאס העלפט אויך אויף טון עבירות מיט א פרעמדע בחור (משכב זכר), אדער עס העלפט נאר אויף מוציא זיין זרע לבטלה? אויב עס העלפט נישט, וואס קען יא זיין א תיקון אויף דעם?


אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ - חנוכה, ד' דחנוכה, כ"ז כסליו, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד הבחור אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה איז זייער הארב, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵך דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים. און עס איז "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן ר"מ, סעיף יד): ווי מער א מענטש איז פוגם בברית - "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו, וְכֹחוֹ תָּשַׁשׁ" - ווערט ער אפגעשוואכט און פארעלטערט, מען פארלירט די כוחות, אזוי אויך "עֵינָיו כֵּהוֹת, וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", די אויגן ווערן אים אפגעשוואכט, עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון זיין מויל; "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פונעם קאפ פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אסאך ווייטאג אויפן מענטש; זעט מען פון דעם וואס די עבירה ברענגט אויפן מענטש בגשמיות.


אין זוהר הקדוש שטייט (וישב קפח.; ויחי ריט.) אז עס העלפט נישט קיין תשובה אויב מען זינדיגט אין פגם הברית; דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור, און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף דער וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפ געפאלן אין די עבירה, און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן. האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט".


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות'; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט דארט, און זיך אויסשמועסן דאס הארץ; מען זאל דערציילן פארן אייבערשטן וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל דער מענטש מאכט שוין אפ אז ער גייט זיין גוט, פאלט ער נאכאמאל צוריק אריין אין די עבירה.


דערפאר טייערער ברודער, פאלג דעם רבי'ן, און זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, בעט אים: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל האבן ריינע אויגן, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן? איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, הייליגע באשעפער ראטעווע מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך האלט אין איין אראפפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן, דער לעבן איז מיר נמאס", אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס פארציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער אין וואס דו ליגסט.


זאג יעדן טאג דעם "תיקון הכללי"; די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ); דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים, דארף שוין גארנישט זארגן; דאס העלפט אויף אלע עבירות.


ליידער רעדט מען נישט צו קינדער און צו בחורים זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון עבירות, אפילו די מלמדים וואס רעדן שוין יא, רעדן זיי נאר בדרך רמז. רוב בחורים פארשטייען נישט וואס זיי רעדן, און נאכדעם פאלן זיי אריין אין עבירות בלא יודעים. זאג פארן אייבערשטן: "וואס זאל איך טון אז איך בין אראפ געפאלן אין אזא עקעלדיגע עבירה מיט אן אנדערע בחור, קיינער האט מיר נישט געזאגט אז דאס איז די ערגסטע זאך אויף דער וועלט, קיינער האט מיר נישט געזאגט אז אויב מען גייט מיט א צווייטע בחור וכו' פארלירט מען דער וועלט און אויך יענע וועלט, הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל ווערן צוריק געזונט, איך זאל נישט טראכטן פון טון עבירות מיט א צווייטער בחור".


איך האף אז דו וועסט פאלגן דעם רבינ'ס עצות, וועסטו האבן א גוט לעבן. אויב אבער דו וועסט נישט תשובה טון אויף די עבירה, וועט זיין זייער ביטער דיין סוף. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן ח): "אָסוּר לְלַמֵּד זְכוּת עַל זֶה שֶׁעָבַר עַל מִשְׁכַּב זָכָר", מען טאר נישט מלמד זכות זיין אויף א מענטש וואס טוט די עבירה; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות פדיון שבויים, סימן ו): "בַּעֲווֹן מִשְׁכַּב-זָכָר נִתְפָּס בִּתְפִיסָה", ווער עס טוט די עקעלדיגע עבירה, וועט צום סוף אנקומען אין תפיסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו תשובה שלימה.

#112 - איך האב זיך געדרייט מיט א מיידל, מעג איך חתונה האבן מיר איר?
שידוכים, קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א האקעלע שאלה. איך האב געהערט זאגן אז אויב מ'האט זיך געדרייט מיט א מיידל בעפאר מ'האט חתונה געהאט, טאר מען נישט חתונה האבן מיט איר.


ס'איז דא א מיידל וואס איז גרייט חתונה צו האבן מיט מיר, די איינציגסטע פראבלעם איז אז איך בין שוין געווען מיט איר עטליכע מאל וכו'.


וואס איז די הלכה אין אזא פאל? וואס זאל איך טון?


א גרויסן יישר כח.


א בחור

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז פונקט פארקערט ווי דו שרייבסט; אויב מען דרייט זיך סתם אזוי ארום מיט א מיידל וכו' אן קיין חופה וקידושין, איז דאס זייער א גרויסע עבירה.


דער אייבערשטער שטייט און ווארט דו זאלסט תשובה טון; דערפאר זאלסטו זען וואס שנעלער חתונה האבן מיט איר כדת וכדין, דאס איז די ריכטיגע וועג. מיט דעם וואס דו וועסט חתונה האבן וועסטו אלעס פארעכטן.


עס איז נישט דא אזא הלכה אז אויב מען איז געווען מיט וכו' טאר מען נישט חתונה האבן מיט איר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין תשובה צו טון און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

#111 - איך בין ממש קראנק אין עניני קדושה, ווי אזוי קריך איך ארויס?
קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד איש אשר רוח בו הרה"ח ר' יואל ראטה שליט"א,


אכתוב בלשון הקודש היות שאני גר בארה"ק. מה אומר ומה אדבר אני מלא נסיונות קשים ומרים בקדושה דהיינו: גם שאני חולה ל"ע במחלת ההומאים, אפילו שיש לי אשה שמספקת אותי ומאוד פתוחה (כמובן באופן המותר) אבל בכל זאת נשאר אצלי איזה חישוק ומשיכה לבחורים ואברכים דבר שמקשה עליי מאוד ואני לא מצליח לצאת מזה. וגם הנושא של שמירת עיינים מאוד פרוץ אצלי אני פשוט חולה להסתכל על נשים, וזה פשוט באופן מטורף. לכן נפשי בשאלתי ילמדנו מר איך בס''ד לצאת מכל זה.


כתבתי בקיצור אבל בכל זאת זה באופן כללי הבעיות שאני מתמודד.


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


וויסן זאלסטו אז דאס איז א מחלה; נישט סתם א קראנקהייט, נאר א קראנקהייט וואס ווען דער בית המקדש זאל ווען שטיין, וואלטן די סנהדרין געגעבן פאר די מחלה נישט מער און נישט ווייניגער ווי 'סקילה' (ויקרא כ, יג).


קוק ווי הארב די עבירה איז, אז דער רבי וואס זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפב) אז מען דארף מלמד זכות זיין אויף יעדן איינעם, אפילו אויף א רשע גמור, דאך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן ח): "אָסוּר לְלַמֵּד זְכוּת עַל זֶה שֶׁעָבַר עַל מִשְׁכַּב זָכָר", מען טאר נישט מלמד זכות זיין אויף א מענטש וואס טוט די עבירה הנ"ל; זעט מען ווי הארב די עבירה איז.


עס ווערט געברענגט פונעם רמ"ע מפאנו זכותו יגן עלינו (מאמר תקוני התשובה, פרק ה) אז דער עונש אויף די עבירה איז, אז מען ווערט מגולגל אין חיות - שפן וארנבת (האזלעך) וכו', ער ברענגט דארט אז מען דארף פאסטן אויף די עבירה כמנין רג"ל וואס באטרעפט זכר, קוק אריין דארט. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות נאוף, סימן לג) אז דער עונש אויף דעם איז תפיסה.


אבער דער רבי האט אן עצה פאר דיר אויך; דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, אפילו איינער וואס איז קראנק און ליידט פון די עקלדיגע נסיונות, קען אויך ארויס קריכן פון זיינע עקלדיגע געמיינע שמוץ, אויב וועט ער פאלגן דעם רבי'ן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס, האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן".


מאך דיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): ווער עס וועט לערנען זיינע ספרים וועט ווערן אן אמת'ער בעל תשובה. נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אָדערן, ער וועט ווערן אן ערליכע איד; ווען דו לערנסט דעם רבינ'ס ספרים, לערן דאס אויף ארויסצונעמען עצות און חיזוק פאר דיר.


דער רבי האט עצות פאר יעדן מענטש אין סיי וועלכע מצב מען געפונט זיך; בפרט אז מען נעמט דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד" (עיין שיחות הר"ן, סימן עו), מען מאכט זיך שיעורים בכל התורה כולה, מען לערנט יעדן טאג מקרא – אביסל חומש רש"י מיטן תרגום, משנה – מען זאגט פרקים משניות, נאכדעם גמרא – מען לערנט דפים גמרא כסדרן, פון אנהייב ש"ס ביז מען ענדיגט איין מסכת נאכן צווייטן, דורכדעם קריכט מען ארויס פון אלע מחלות און פון אלע עבירות.


במשך די יארן וואס איך האב זוכה געווען צו זיין אין רבינ'ס חדר אין היכל הקודש, האב איך געזען מענטשן מיט אלע סארט אנשיקענישן, מענטשן מיט אלע סארט מחלות, מיט אלע סארטן נערווען וכו'; די אלע וואס האבן גענומען דעם רבינ'ס דרך הלימוד ערנסט, האבן זיך געטוישט מקצה אל הקצה. זיי זענען ארויס פון זייערע מחלות און זיי זענען געווארן ערליכע אידן. אפילו עס האט אויסגעזען אז מען קען זיי נישט העלפן, זענען זיי אבער ארויס געגאנגען פון די אלע פראבלעמען וואס דו גייסט אריבער.


דערפאר, אז דו שרייבסט מיר ווי דו מוטשעסט זיך מיט שווערע נסיונות, דער יצר הרע וויל דיר אראפ ווארפן אין עקעלדיגע מעשים וואס קען דיר אומגליקליך מאכן פאר דיין גאנץ לעבן, זאלסטו אננעמען דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד בתמימות ופשיטות, וועסטו האבן כח צו מנצח זיין דעם יצר הרע.


זע צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות; הייב אן מסכת ברכות און גיי אין א סדר א פרק נאך א פרק, ביז דו ענדיגסט איין מסכת נאכן צווייטן, אזוי זאלסטו זאגן יעדן טאג, ביז דו וועסט ענדיגן ששה סדרי משנה. נאכדעם זאלסטו אנהייבן נאך אמאל משניות פון אנהייב, דאס זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן.


משניות האט א כח ארויס צו שלעפן א מענטש אפילו ער איז שוין אראפ געפאלן אין טיפן אפגרינד, ער ליגט אין שאול תחתית; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן אז די ראשי תיבות פון (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי" איז משנה; אז א מענטש זאגט משניות, נעמט עס אים ארויס פון שאול תחתית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו טון תשובה שלימה.

#110 - איז דא קראנטע מעשיות פון אידן וועלכע זענען ארויסגעקראכן פון שמוץ דורך תורה ותפלה?
קדושה, סמארטפאון, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

Dear Rosh Yeshva Shlita,


I would like to thank you for everything you do for me!!


Through the shiurim I learnt how to talk to Hashem about all that is bothering me and I now learn Chumsh Meshnayes and say Tehillim every day.


Could the Rosh Yeshva PLEASE share real life stories of bachurim and yungerlite who were ADDICTED to inappropriate videos etc. that talking to Hashem about everything that bothers them and asking for his help and learning Chumsh, Meshnayes and saying Tehillim every day, and now are NOT ADDICTED anymore (I am asking this because there those who say that for addiction you need 12 step program, live meetings, sponsor, and I heard criticism from the Rosh Yeshva about telling people your problems...) would really appreciate a response since the situation is desperate.


with all the respect for your Avodas Hakodsh!!


Dovid

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז עס איז שוין די צענטע יאר פון ווען דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכיה צו האבן די ישיבה, וואו איך לערן תורה מיט אידישע קינדער; אין ישיבה האבן זיך שוין אדורך געדרייט טויזענטער בחורים. וואס זאל איך דיר זאגן, אלע בחורים וואס האבן גענומען דעם רבינ'ס עצות בתמימות ובפשיטות, די אלע האבן זייער שיין מצליח געווען אין לעבן; זיי האבן חתונה געהאט און האבן אויפגעשטעלט שיינע שטובער, ווייל ווער עס פאלגט דעם רבינ'ס עצות ווערט א נייער מענטש; דער רבי געבט א נייער מח, א נייער הארץ.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט, האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגען אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס; אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד!" איך מיין אז איינמאל מען הערט אזא שיחה פון רבי'ן איז שוין ביטול הבחירה, ווייל וואו דער ס"מ זאל דיך נאר אריין ווארפן, און וואס עס זאל נאר איבער גיין אויף דיר, האסטו שוין א וועג פון רבי'ן ווי אזוי מען קען ארויס גיין פון דארט.


דאס גייט ארויף אויף א מענטש וואס האט זיך נעבעך אויסגעברענט זיין מח מיט עקעלדיגע מאוויס, ביז ער איז נעבעך אריין געפאלן אין קוקן פארנאגראפיע רחמנא לצלן, וואס עס איז זייער שווער ארויס צו קריכן פון דעם; אויב אבער דער מענטש וועט נעמען דעם רבינ'ס עצות און דאס אויספאלגן, וועט ער ארויס קריכן פון זיין בלאטע. בפרט אז מען נוצט די עצה פונעם רבינ'ס דרך הלימוד; וואס בדרך כלל די אלע וואס פאלן אריין אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, זיי האבן זיך שוין אנגעזען מיט אלע שמוץ וואס עס איז דא אויף דער וועלט, און זיי האבן שוין נישט קיין מח צו פארשטיין לערנען, ווייל דער מח איז זיי פארברענט געווארן פון די עבירה, די איינציגסטע וועג פאר זיי איז אז זיי זאלן נעמען דעם רבינ'ס דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן סימן עו) און גורס זיין אסאך פרקים משניות, אפילו בלי הבנה כלל, און דאס וועט אים ארויס שלעפן פון זיין פלאנטער, און אים אפהאלטן פון זיין רגילות.


דו שרייבסט מיר איך זאל דיר דערציילן אמת'ע מעשיות פון בחורים וואס זענען ארויס געקראכן פון זייערע נישט גוטע מעשים דורך די עצות פון רבי'ן; געלויבט דעם אייבערשטן אז שוין צען יאר וואס די ישיבה שטייט, און בחורים און אינגעלייט קומען בעטן עצות ווי אזוי ארויס צו קריכן פון זייער בלאטע, בחורים וואס פון אינדרויסן זעען זיי אויס ווי ערנסטע בחורים וכו' וכו', און זיי שרייען: "ראטעווע אונז פון אונזער זומפ, מיר זינקן אין בלאטע, מיר זינקען אין עבירות", און נאר די עצות פון רבי'ן האט זיי געהאלפן; זיי האבן אלע חתונה, און הייבן ברוך ה' אן א שיינע לעבן.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען קען זוכה זיין אז מען נעמט אן דעם רבינ'ס עצות מיט א תמימות און פשיטות, און צו וואס א מענטש קען זוכה זיין דא בזה העולם. פון אינדרויסן זעט מען גארנישט, מען זעט מען אויס זייער פשוט, אבער דער מענטש איז צוגעקלעבט צום אייבערשטן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִין, צַדִּיקִים גְּמוּרִים אֵינָם עוֹמְדִין", א צדיק גמור קען אויך נישט אנקומען דארט וואו א בעל תשובה קומט אן.


דו בעטסט מיר איך זאל דיר פארציילן מעשיות פון מענטשן וואס זענען ארויס געקראכן פון זייערע שמוציגע מעשים דורך די עצות פון רבי'ן; איך בעט דיר פארקערט, דו שרייב מיר מעשיות פון מענטשן וואס האבן אפגעלאזט זייערע שלעכטע רגילות'ער אן תורה און אן תפילה, נאר דורך גוי'אישע מעטאדן וכו'; א איד קען נישט געהיילט ווערן מיט גוי'אישע וועגן וכו' וכו', א איד האט בלויז איין עצה, דער עצה איז תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:) דער אייבערשטער זאגט פאר די אידן: "בָּנֵי, בָּרָאתִי יֵּצֶר הָרָע וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", מיין קינד, איך האב באשאפן דעם יצר הרע אבער איך האב באשאפן די הייליגע תורה, "אִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנסטו תורה וועסטו נישט זיין אונטער אים, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", און אויב לערנסטו נישט קיין תורה, וועסטו זיין אונטער אים.


די איינציגסטע עצה פאר א איד ארויס צו גיין פון זיינע נישט גוטע מעשים - איז תורה; מען דארף נאר האבן א עצה אויף די עצה, מען דארף אן עצה צו לערנען; דא קומט אריין דער הייליגער רבי אין בילד, דער רבי האט אזא זיסע וועג צו לערנען, א וועג פאר יעדן איינעם, א וועג פאר יונג און אלט, נישט קיין חילוק ארעם אדער רייך, א וועג פאר קלוגע און נישט קלוגע. דער וועג איז - מען זאל אנהייבן לערנען די הייליגע תורה אפילו מען פארשטייט נישט; מען זאל לערנען תורה לשמה, פארן אייבערשטנ'ס וועגן, אפילו איך פארשטיי נישט וואס איך לערן, איך פארשטיי נישט וואס איך זאג, דאך לערן איך די הייליגע תורה, ווייל איך גלייב אז דאס איז מיין רפואה, איך גלייב אז (אבות ו, ז): "גְדוֹלָה תּוֹרָה שֶׁנוֹתֶנֶת חַיִּים" תורה געבט לעבן; איך גלייב אז (עירובין נד.): "חָשׁ בְּרֹאשׁוֹ יַעֲסוֹק בַּתּוֹרָה", תורה איז א רפואה פאר מיין קאפ; מיין קאפ איז פארדרייט מיט שלעכטע מחשבות, די תורה וועט עס צוריק דרייען; איך גלייב אז תורה איז א רפואה פאר אלע מיינע פראבלעמען אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה (עירובין, שם): "חָשׁ בְּכָל גּוּפוֹ יַעֲסוֹק בַּתּוֹרָה".


חכמינו זכרונו לברכה זאגן (כתובות עז:): רבי יוחנן האט אויסגערופן: "געבט אכטונג פון די פליגן וואס זענען געווען ביי די מענטשן וואס האבן די מחלה וואס הייסט "בַּעֲלֵי רָאַתָן". רבי זירא איז נישט געזיצן אויף די זייט וואו די ווינט בלאזט, אויב זענען דארט געווען מענטשן מיט די מחלה פון "בַּעֲלֵי רָאַתָן"; רבי אליעזר איז נישט אריין אין א הויז אויב איז דארט געווען אזא מענטש מיט די מחלה פון "בַּעֲלֵי רָאַתָן"; רבי אמי און רבי אסי האבן נישט געוואלט עסן אייער וואס מען האט פארקויפט אויף א גאס וואס דארט איז דא א מענטש מיט די מחלה פון "בַּעֲלֵי רָאַתָן"; זאגן חכמינו זכרונו לברכה אז ר' יהושע בן לוי האט זיך ארום גענומען מיט זיי און געלערנט מיט זיי תורה, ער האט געזאגט, עס שטייט דאך אין פסוק (משלי ה, יט): "אַיֶּלֶת אֲהָבִים וְיַעֲלַת חֵן", די תורה ברענגט חֵן, "אִם חֵן מַעֲלֶה עַל לוֹמְדֶיהָ, אֲגוּנֵי לֹא מַגָּנָא?!" אויב ברענגט עס חֵן, איז דאך זיכער אז עס היילט אויס יעדן איינעם.


זעט מען פון דעם גמרא דאס גרויסקייט פון לערנען תורה; אז אפילו א מענטש איז אזוי קראנק רחמנא לצלן אז מען דארף זיך אכטונג געבן פון אים, דאך קען ער האבן א רפואה שלימה אויב ער לערנט תורה. און דאס גייט אויך ארויף אויף א מענטש וואס ליגט נעבעך אין טינופת, ער קוקט שמוץ, און זיין מח איז אים רחמנא לצלן אינגאנצן פארדארבן, און ער ליידט אויף די מחלה פון "בַּעֲלֵי רָאַתָן", ער איז נעבעך אזוי אראפגעפאלן אז ער קוקט נעבעך פארנאגראפיע רחמנא לצלן; קוק וואס רש"י זאגט (שם, דבור המתחיל "בַּעֲלֵי רָאַתָן"): "וואס איז דאס "בַּעֲלֵי רָאַתָן? "שֶׁרֶץ יֵשׁ לוֹ בְּמוֹחוֹ"; דאס גייט ארויף אויף עבירות. א מענטש וואס קוקט שמוציגע מאוויס, ער האט נעבעך א שרץ אין זיין מח, און דער מח איז אים אויסגעברענט; אפילו אזא מענטש וואס איז אזוי ווייט אראפ געפאלן, זאגט רבי יהושע בן לוי: "אִם חֵן מַעֲלֶה עַל לוֹמְדֶיהָ, אֲגוּנֵי לֹא מַגָּנָא?! אויב ברענגט עס חֵן איז דאך זיכער אז עס היילט אויס יעדן איינעם, און מען וועט ארויס קריכן פון די בלאטע וואס מען איז אריין געפאלן.


דערפאר בעט איך דיר טייערער חבר, קוק נישט אויף קיינעם; בינד זיך צו צום הייליגן רבי'ן און פאלג זיינע עצות. נעם דיר א משניות און זאג א פרק נאך א פרק, (אז דו קענסט זאגן ח"י פרקים משניות - וואויל איז דיר), אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו ווייטער לערנען, ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן און דו וועסט ארויס קריכן פון דיין בלאטע.


אויך זאלסטו שרייען צום אייבערשטן: "העלף מיר טאטע, העלף מיר טאטע, נעם מיר ארויס פון מיין בלאטע, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג, העלף מיר רבונו של עולם איך זאל אוועק ווארפן מיינע מאוויס, איך זאל נישט צוריק לויפן צו מיינע שלעכטע מעשים".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס מען איז זוכה אז מען פאלגט דעם רבינ'ס עצות, דער רבי געבט א נייער מח, א נייער הארץ, און אפילו א נייע גוף; עס איז מקובל ביי אנשי שלומינו אז אפילו א מענטש וואס איז געבוירן געווארן שלא בקדושה וכו', אויב וועט ער קומען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, און זאגן דארט דעם תיקון הכללי, וועט אים דער רבי געבן א נייעם גוף, א גוף קדוש.


ווען א מענטש לערנט דעם רבינ'ס ספרים, און ער הייבט אן זיך מתבודד זיין מיטן אייבערשטן, יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף אים פארציילט ער פארן אייבערשטן, דער מענטש הייבט זיך אן צו שעמען פונעם אייבערשטן; אפילו קיינער איז נישט אין שטוב, ער זיצט אליין, קען ער מער נישט גיין קוקן א מאווי, ווייל ער לעבט מיטן אייבערשטן, ער זאגט צו זיך: "געוואלד, וואס איז מיט מיר, דער אייבערשטער איז דאך דא, דער אייבערשטער זעט דאך אלעס וואס איך טו".


איך קען נישט מאריך זיין ווייל איך דארף אריין גיין צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#109 - איך בין שוין א אינגערמאן, און איך קען נישט ארויסקריכן פון שמוץ
קדושה, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה פון די שיעורים און פון די בריוון. איך האב נעכטן געזען א בריוו פון א בחור וואס ער שרייבט, 'איך פאל אין איך פאל אין איך פאל'. איך האב מיך ממש צוקייכט ווי א בעיבי, ווייל... טייערער ראש ישיבה וואס זאל איך זאגן, אז איך בין שוין א יונגערמאן איך האב א שיינע ווייב מיט גוטע שלום ביית, איך זאג משניות און מעביר סדרה, און איך פאל און איך פאל און איך פאל מיט ביטערע עבירות.


איך וויין... ווייל דער בחור האט איר מחזק געווען ער זאל טרעפן א שידוך, אבער איך האב שוין א שידוך, אבער די רגילות וואס איך האב מיך צוגעוואוינט פון קינדווייז צו הוצאת זרע לבטלה, און בפרט אז היינט איז אזוי גרינג צו טמא ווערן ווייל דער אינטערנעט פארברענט מיך מיט עקלדיגע שמוץ.


איך האב שלום בית, און איך בין אינאיינעם מיט מיין ווייב אן קיין פרישות, אזוי ווי איר לערנט אויס אין די שיעורים, אבער גארנישט העלפט מיר נישט, די פייער פון שמוץ איז שטערקער פון אלעס אויף די וועלט.


איך ווייס נישט אויב ס'דא א תקנה פאר מיר, נאר אויב די תפילות וואס איך בעט וועט נאך איין שיינעם טאג העלפן, דאס איז מיין האפענונג. איך בין א יונגערמאן נישט א בחור, העלף מיך!


יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד האברך היקר יואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געליינט דיין וויי געשריי; וויסן זאלסטו, אז ווען א מענטש וויל תשובה טון און ארויס גיין פון זיינע שלעכטע מעשים, דארף ער האבן מורא'דיגע סבלנות, ווייל עס גייט נישט אין איין מינוט. ווען דער יצר הרע זעט ווי איינער וואס איז שוין געווען ביי אים אין זיין טאש וויל זיך ארויס רייסן פון אים, דעמאלט פרובירט ער מיט אלע כחות אים צוריק אריין צו שלעפן אין זיינע אלטע מעשים וואס ער האט געטון, און ער פרובירט מיט אלע כחות צוריק אראפ צו ווארפן דעם מענטש, און אים צוריק שלעפן צו זיינע אלטע מעשים, דעריבער דארף מען האבן אסאך סבלנות ביז מען ווערט פטור פון דעם יצר הרע, און מען דארף אסאך שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע, העלף מיר טאטע, איך וויל זיין אן ערליכער איד", ביז מען איז זוכה ארויס צו קריכן פון די טומאה.


דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו טייטשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כ:): "כְּבָר צָוַוח הַכֹּהֵן אָנָּא הַשֵּׁם, וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ בִּירִיחוֹ", זאגט ער (נועם אלימלך, תחלת פרשת וישלח): "שֶׁזְמַן אָרוֹך צָרִיך הָאָדָם לִצְעֹק אָנָא הַשֵׁם, עָזְרֵנִי שֶׁאֶזְכֶּה לְעָבְדְּך בֶּאֱמֶת, וְאָז וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ, אֲבָל לֹא בְּיָמִים מוּעָטִים", מען דארף שרייען א לאנגע צייט צום אייבערשטן ביז מען איז זוכה צו ווערן א צדיק.


וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש טוט תשובה איז ער זייער חשוב ביים אייבערשטן, עד כדי כך, אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִין, צַדִּיקִים גְּמוּרִים אֵינָם עוֹמְדִין", אין הימל איז זייער חשוב א מענטש וואס קומט צוריק צום אייבערשטן און טוט תשובה; מען דארף אבער האבן אסאך סבלנות ביז מען איז זוכה אריין צו קומען אין די קדושה, בפרט איינער וואס איז שוין געווען אין די הענט פונעם סמך-מ"ם, ער איז געווען צוגעוואוינט צו טון עבירות, בפרט די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וואס ווען מען זינדיגט אין פגם הברית, רייסט מען זיך אפ פונעם אייבערשטן; ווען אזא מענטש טוט תשובה, דארף ער האבן אסאך סבלנות ביז ער איז זוכה אריין צו קומען אין די קדושה.


דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח.; ויחי ריט.) אז אויף פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה העלפט נישט קיין תשובה, אבער דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא) אז עס העלפט יא תשובה, און אויף יעדע עבירה וואס א מענטש האט נאר געטון העלפט תשובה, נאר דאס וואס דער זוהר הקדוש זאגט אז עס העלפט נישט קיין תשובה, האט דער רבי געזאגט: "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך"; פרעגט ר' נתן זכרונו לברכה: "ווי אזוי קען זיין אז אויף א זאך וואס דער זוהר הקדוש זאגט אז עס העלפט נישט קיין תשובה, קומט דער רבי זאגן אז עס העלפט יא תשובה?" נאר באמת אויף יעדע זאך העלפט תשובה, איי, פארוואס זאגט דער זוהר אז עס העלפט נישט קיין תשובה?


נאר וויבאלד דער מענטש האט זיך מטמא געמאכט מיט די מיאוס'ע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, האט ער זיך אפגעריסן פונעם אייבערשטן, דורכדעם וואס ער האט געטון אזא הארבע עבירה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג.): "אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן: כָּל הַמּוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", רבי יצחק זאגט: "כְּאִילוּ שׁוֹפֵך דָּמִים", רב אסי זאגט: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה"; ממילא דארף ער אריבער גיין דעם נסיון, אז מען פרובירט אים אויס זייער שטארק. אויב דער מענטש איז שטארק, ער מאכט אפ ביי זיך: 'יעבור עלי מה, איך וועל נישט אפלאזן דעם אייבערשטן, זאל זיין וואס זאל נאר זיין', דעמאלט איז ער זוכה צו תשובה טון, אבער אז א מענטש האט נישט קיין שכל, און הייבט אן זאגן: 'איך וועל שוין סיי ווי נישט זיין קיין צדיק', 'איך וועל שוין סיי ווי נישט זיין קיין ערליכער איד', 'מיר העלפט נישט קיין תשובה'; דעמאלט בלייבט ער נעבעך אין זיינע אלטע מעשים רחמנא לצלן.


דאס איז פשט וואס דער רבי זאגט אז עס העלפט זיכער תשובה, אפילו אויף פגם הברית, און דאס איז די תשובה - אז א מענטש קוקט נישט אויף גארנישט, ער וויל נישט גארנישט און ער דארף נישט גארנישט, נאר דעם אייבערשטן אליין, אפילו מען זאל אים אויף ווייזן קלאר אז ער קען שוין נישט תשובה טון, און ער זעט בפועל אז ער קען נישט ארויס קריכן פון זיינע אלטע רגילות'ער צו וואס ער איז צוגעוואוינט, דאך זאגט דער מענטש: 'מיר גייט גארנישט אן, איך וועל נישט אפלאזן דעם אייבערשטן, איך וועל פרובירן איין מאל ווייניגער צו טון אן עבירה, איך וועל געבן איין קוק ווייניגער וואו מען טאר נישט' – דאס איז זיין תשובה.


דערפאר בעט איך דיר טייערער ברודער, שטארק דיך און געב נישט אויף; דו זיי ממשיך מיט זאגן משניות און מעביר סדרה זיין, און פיר דיך אין שטוב מיט דיין ווייב אן קיין פרישות וכו' אזוי ווי דו שרייבסט מיר, און אפילו דו זעסט נישט ווי עס העלפט דיר זאלסטו ווייטער ממשיך זיין, ווייל דאס אליינס אז דו בעסט נאך הילף, דו וויינסט נאך, דאס איז נאר ווייל דו פאלגסט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן.


אויפן פסוק (שמות ב, ו): "וְהִנֵּה נַעַר בֹּכֶה, וַתַּחְמֹל עָלָיו, וַתֹּאמֶר מִיַּלְדֵי הָעִבְרִים זֶה", זאגט דער זוהר הקדוש (שמות יב:): "אָמַר רַבִּי יְהוּדָה, כָּל מִלִּין דְּעָלְמָא תַּלְיָין בִּתְשׁוּבָה, וּבִצְלוֹתָא דְּצַלֵּי בַּר נָשׁ לְקוּדְשָׁא בְּרִיך הוּא, וְכָל שֶׁכֵּן, מַאן דְּאוֹשִׁיד דִּמְעִין בִּצְלוֹתֵיהּ, דְּלֵית לָך תַּרְעָא, דְּלָא עָאלִין אִינּוּן דִּמְעִין", עס איז נישט דא קיין זאך וואס עס נוצט נישט דערויף תשובה, בפרט ווען א מענטש וויינט צום אייבערשטן; קיין שום טיר איז נישט פארמאכט פאר א מענטש וואס קומט צום אייבערשטן און וויינט זיך אויס צו אים, און זאגט: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, איך זינק אין בלאטע, איך זינק אין די טומאה, איך קוק שמוציגע זאכן, און איך פאל נאך דעם אריין אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית, איך האלט אין איין זינדיגן; הייליגער באשעפער, איך ווער פארברענט פון קוקן שמוץ, העלף מיר, האב רחמנות אויף מיר, וואס זאל איך טון אז איך האב מיר צוגעוואוינט פון קינדווייז אן, איך האב מיר נישט געהיטן פון קינדווייז אן, ביז דאס איז שוין ביי מיר געווארן ווי א רגילות וכו' וכו'; זאגט דער זוהר הקדוש: "וַתִּרְאֵהוּ אֶת הַיֶּלֶד, יֶלֶד שַׁעֲשׁוּעִים, דְּאִינּוּן יִשְׂרָאֵל, דְּמִתְחַטָּאן קָמֵי מַלְכֵיהוֹן בְּכֹלָּא, וּמִיָּד דְּמִתְחַנְּנָן קָמֵי קוּדְשָׁא בְּרִיך הוּא, הַדְרֵי בִּתְשׁוּבָה, וּבָכָאן קָמֵיהּ, כִּבְרָא דְּבָכֵי קָמֵי אֲבוֹי, מַה כְּתִיב, וְהִנֵּה נַעַר בּוֹכֶה. כֵּיוָן דְּבָכֵי, אִתְעַדוּ כָּל גִּזְרִין בִּישִׁין דְּעָלְמָא, מַה כְּתִיב? וַתַּחְמוֹל עָלָיו, אִתְּעַר עֲלוֹי בְּרַחֲמִים, וּמְרַחֵם לֵיהּ", ווען דער אייבערשטער זעט ווי א איד וויינט צו אים, זאגט דער אייבערשטער: "אלע גזירות זאל מען צערייסן", און ער האט רחמנות אויף אים.


מען זעט, ווען א קינד פאלט אראפ און כאפט א שטארקע קלאפ, וואס איז דער סימן צו דער קינד איז בסדר צי נישט? אויב מען הערט ווי דער קינד וויינט, איז א סימן אז אלעס איז בסדר, ער לעבט, און מען ווערט רואיג, אבער אויב מען הערט נישט ווי ער וויינט, דעמאלט איז זייער ביטער, ווייל דאס איז דער סימן פון א לעבעדיגע קינד - אז ער וויינט ווען ער פאלט אראפ. דאס זעלבע איז מיט א איד - ווען ער פאלט אראפ ברוחניות, ווי לאנג מען שרייט צום אייבערשטן, איז א סימן אז דער מענטש לעבט, זיין נשמה איז נאך נישט אינגאנצן פארשלאפן.


דערפאר טייערער ברודער, איך האב געליינט דיין בריוו וואו דו וויינסט און דו שרייסט אז דו האלטסט נישט אויס, זאלסטו וויסן, אז דאס אז דו וויינסט, דו בעטסט דעם אייבערשטן, דאס אליין איז א סימן אז דו ביסט נאך אויף, און דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#108 - מיין זון פאלט פון אידישקייט, ווי אזוי באגיי איך זיך מיט אים?
חינוך הילדים, קדושה, סמארטפאון, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון, בני בכורי, האט אביסל נאכגעלאזט פון זיין אידישקייט רחמנא ליצלן, עס האט זיך אנגעהויבן מיט זיין סמארט פאון, און ער איז זיך אוועק געפארן. לעצטנס איז ער זיך אביסל מחזק, ער קומט אריין און ער לערנט אביסל מיט מיר, און נאך פארשידענע חיזוק וואס איך ווייס נישט.


היינט נאכט דערציילט ער מיר אז ער מיט זיינע חברים, וואס רעכנט אריין אויך חבר'טעס רח"ל, האבן פארשטעלט איינע פון די מיידלעך און זיי זענען אריין געגאנגען אין בית המדרש ... ביי די שמחת בית השואבה. די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ, דאס איז דאך ממש אזא עצה אזוי ווי בלעם הרשע בשעתו לפרוץ גדרי קדושה רחמנא ליצלן.


איך האב אים אבער גארנישט געזאגט, איך וויל אים נישט מרחק זיין. וויל איך אייך פרעגן וואס איר זאגט וועגן דעם? וואס זאל זיין מיין באציאונג צו אים בכלל?


מיין ווייטאג איז גאר גרויס, עס גייט נישט דורך א טאג וואס איך דאווען נישט פאר אים, און פון דעסט וועגן זע איך א גרויסער הסתר, און איך זע נישט ביי אים קיין ערנסטער טריט אויף צוריק.


א גרויסן יישר כח.


מרדכי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרדכי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב געליינט דיין בריוו, און איך האב מיט געוויינט מיט דיר; דו פרעגסט מיר ווי אזוי דו זאלסט זיך פירן מיט אים, אודאי זאלסטו אים נישט מרחק זיין, ווייל עס וועט גארנישט העלפן.


עס איז זייער א שווערע זאך פאר עלטערן צו מקרב זיין א קינד ווען מען זעט ווי ער פירט זיך נישט אויף ווי די תורה הייסט, מען זאל אפגעהיטן ווערן פון די צער וואס עלטערן האבן ווען זיי זעען ווי זייערס א קינד גייט אוועק פונעם דרך התורה. אבער אויב מען וויל תכלית, אויב מען וויל אמת, מען קוקט נישט אויף די אייגענע כבוד וכדומה, און מען איז מקרב דעם קינד ווי אזוי ער איז, קען מען בעזרת השם יתברך זוכה זיין מיט די צייט אז דאס קינד וועט תשובה טון וכו'.


עס איז דא א מאמר החכם: "הַסֵּבֶל - תַּחְבּוּלָה, לְמִי שֶׁאֵין לוֹ תַחְבֻּלָּה", געדולד איז די וועג, פאר ווער עס האט נישט קיין וועג; מיט סבלנות קומט מען אן, מען דארף האבן אמונה אינעם אייבערשטן. מיר דארפן וויסן אז מיר ווייסן גארנישט, דער אייבערשטער פירט דער וועלט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא (דברים לב, ד), מיר ווייסן גארנישט.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (ברכות י.) אז ווען ישעיהו הנביא איז געקומען זאגן פאר חזקיהו המלך די נבואה פונעם אייבערשטן אז ער גייט שטארבן, האט חזקיהו המלך אים געפרעגט פארוואס, האט אים ישעיהו הנביא געזאגט: "דְּלֹא עָסַקְתָּ בִּפְרִיָּה וּרְבִיָּה", ווייל דו האסט נישט חתונה געהאט, האט חזקיהו המלך געזאגט פאר ישעיהו הנביא: "דו ווייסט פארוואס איך האב נישט חתונה געהאט? ווייל איך זע ברוח הקודש אז איך גיי האבן א קינד וואס גייט ארויס גיין לתרבות רעה", האט אים ישעיהו הנביא געענטפערט: "בַּהֲדֵי כָּבְשֵׁי דְּרַחְמָנָא לָמָּה לָך?!", וואס האסטו מיט די באהאלטענע וועגן פונעם אייבערשטן, דו דארפסט טון וואס דער אייבערשטער האט אונז געהייסן טון, און וואס דער אייבערשטער וויל טון זאל ער טון; שטייט ווייטער דארט, אז למעשה האט ער חתונה געהאט, און ער איז געבליבן לעבן, עיין שם.


אין דעם חז"ל ליגט זייער אסאך חיזוק; ווייל מען זעט פון דא אז מענטש דארף נישט ווערן צעבראכן ווען ער זעט אז ער איז נישט מצליח מיט זיינע קינדער, ווייל געווענליך הייבט א מענטש אן צו טראכטן אלע נעגעטיווע מחשבות: "ווער איז שולדיג", "פארוואס דארף איך ברענגען קינדער" וכו' וכו', לערנען אונז דא חז"ל אז מיר דארפן טון דעם רצון השם יתברך, אז דער אייבערשטער האט אונז געהייסן חתונה האבן און ברענגען קינדער אויף די וועלט, דארפן מיר דאס טון און זיך פרייען אז מיר טוהן זיין רצון.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "א מענטש זאל מתפלל זיין ער זאל האבן אסאך קינדער, און אפילו אז ער ווייסט קלאר אז אלע זיינע קינדער וועלן ארויס גיין לתרבות רעה רחמנא לצלן, זאל ער ברענגען קינדער אויף די וועלט, ווייל משיח וועט זיי אלע צוריק ברענגען צום אייבערשטן".


דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן חס ושלום נישט צו מרחק זיין קיין קינדער, און אפילו זיי זענען אוועק געפאלן פונעם דרך התורה וכו' דארף מען זיי מקרב זיין; מען מעג זיי זאגן מוסר, אבער נאר אויף דעם וועג ווי אזוי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן נאכדעם וואס זיין זענען דורכגעפאלן מיטן חטא העגל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין לו:): אז ווען משה רבינו איז אראפ געקומען פון הימל, און געזען ווי די אידן האבן געמאכט דעם עגל און זיי האבן עובר געווען אויף די דריי הארבסטע עבירות, האט זיי משה רבינו געזאגט: "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב, אזוי ווי עס שטייט (שיר השירים א, יב): "נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ", וְלֹא כְּתִיב הִסְרִיחַ; נאר אויף דעם וועג מעג מען געבן מוסר, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אז נאר איינער וואס קען געבן מוסר אזוי ווי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן - נאר ער מעג געבן מוסר. אויב מען האט נישט קיין סבלנות, מען איז מרחק א קינד וואס גייט נישט אויפן דרך התורה, קען מען אינגאנצן פארלירן דעם קינד חס ושלום.


דו שרייבסט מיר אז דו דאווענסט יעדן טאג, און דו זעסט נישט ווי עס העלפט; ליין איבער די בריוו וואס דו שרייבסט אליינס אז 'לעצטענס איז ער זיך אביסל מחזק און ער לערענט מיט דיר אביסל'. שרייבסט דאך אליינס אז דו זעסט א שינוי לטובה, דאס דארף דיר זייער מחזק זיין אז דו זאלסט ווייטער דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל תשובה טון.


איך ווייס אז עס איז זייער שווער צו קוקן אויף דאס ביסל וואס ער קומט לערנען אנטקעגן די גרעסערע חלק וואס ער דארף נאך תשובה טון וכו', אבער וויסן זאלסטו אז יעדע איינציגע תפילה העלפט, נאר מען דארף האבן אויף תפילה זייער אסאך סבלנות, און געדענקען דעם מאמר החכם: "מִי שֶׁשָּׂם הַסֵּבֶל תַּכְלִיתוֹ, יַגִּיעֵהוּ הַסֵּבֶל אֶל חֶפְצוֹ", ווער עס האט געדולד, וועט צום סוף אנקומען צו וואס ער וויל; עס איז נישט דא קיין שום אנדערע עצה בזה העולם ווען א מענטש זעט ווי עס לויפן אים נאך שוועריקייטן - נאר צו אנטלויפן צום הייליגן באשעפער, און צו וויינען צו אים טאג נאך טאג וואך נאך וואך אן אן אויפהער.


עס גייט נישט אריבער א טאג וואס מענטשן רופן מיר נישט וויינען וועגן זייערע קינדער - סיי בחורים און סיי מיידלעך וואס פאלן אוועק מדרך התורה, השם ישמרינו; מען בעט מיר צי איך קען רעדן צו זייער קינד ווען דער קינד וויל נישט הערן פון גארנישט. מען דארף רעדן צום קינד ווען דער קינד וויל נאך הערן, מען דארף אויסהערן דעם קינד ווען ער וויל נאך הערן חיזוק, נישט מען זאל אים זאגן: "דו דארפסט נישט קיין חיזוק", "דו דארפסט לערנען מער וויפיל דו קענסט".


איך האב געעפענט די ישיבה "תפארת התורה" פאר צען יאר צוריק; שוין צען יאר וואס איך לערן מיט בחורים און איך בין זיי מחזק. מען קען נאר רעדן צו איינער וואס וויל הערן, אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת תצוה, רצח.): "זַכָּאָה מַאן דְמַּלִיל עַל אִדְּנִין דְשָׁמְּעִין", וואויל איז פאר א מענטש וואס רעדט צו אויערן וואס ווילן הערן; זייער אסאך מאל זענען די עלטערן אליינס שולדיג, ווייל ווען דאס קינד האט נאך געוואלט הערן חיזוק, דער קינד האט געוואלט זיין גוט, האט מען אים געשריגן אויף אים: "דו דארפסט נישט קיין חיזוק", "מאך דיך נישט משוגע", און ווען די עלטערן זעען שפעטער ווי דער קינד איז שוין אינגאנצען אוועק געגאנגען, דעמאלט וועקט מען זיך אויף, דעמאלט וויל מען אים מחזק זיין, אבער דעמאלט וויל שוין נישט דער קינד.


עס איז זייער א ווייטאגליכער נושא ווען עלטערן רופן מיך אן צי איך קען רעדן מיט זייער קינד, ווען די זעלבע עלטערן האבן געווארענט דעם קינד אז אויב וועט מען אים כאפן האבן שייכות מיט א ברסלב'ער וועט זיין אחת דתו, נאר שפעטער ווען דער קינד קען שוין נישט, און ער פאלט אראפ, דעמאלט איז מען שוין מסכים וכו', אבער דער קינד דארף אויך וועלן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו האבן נחת פון אלע דיינע קינדער, און עס זאל בקרוב אריין גיין א רוח טהרה אין דיין זון דער בכור, אמן.

#107 - איך פאל און איך פאל, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
אומאן, קדושה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד הרב יואל ראטה שליט"א,


אני שומע את השיעורים שלך ומתחזק מזה מאד, תודה רבה.


אני בחור מעל גיל 20, אני משתדל ללמוד כל יום ח"י פרקים משניות כדי להיות שמור מעבירות, אבל זה לא עוזר, אני נופל פעם אחרי פעם, אני לא יודע אם זה נקרא במזיד כי אני כן רוצה להיות קדוש, אבל היצר הרע מתגבר עלי כל פעם להסתכל בדברים לא טובים.


הייתי השנה בראש השנה באומאן בציון של רבינו, ובכיתי שאני רוצה להיות חתן ולא ליפול לשטויות, והרגשתי שכבר פעלתי, אבל כבר מאז נפלתי פעמיים. מה יהיה איתי? אני יודע שהחטא הזה מרחיק את הזיווג, אבל מה אני יעשה? הרי זה שאני בחור בלי זיווג זה מה שמפיל אותי שוב, מה יהיה הסוף, האם הפסדתי את מה שפעלתי בציון?


אליעזר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ד' פרשת וזאת הברכה-ב, י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד הבחור אליעזר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


 מיר זענען יעצט געווען ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן ראש השנה דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "גאר מיין זאך איז ראש השנה, נישט נאר מיינע מענטשן זענען אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה נאר די גאנצע וועלט איז תלוי אין מיין ראש השנה". ר' נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "מיין זאך איז יום כיפור", ווייל אין יום כיפור איז דער אייבערשטער מוחל יעדן איינעם אלע עבירות, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ויקרא טז, ל): "כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם, לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם, לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ". מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט: "מיין זאך איז בחורים; איך בין אראפ געקומען אויף דער וועלט פאר בחורים און מיידלעך"; און מען זעט אז די ראשי תיבות פון ר'אש השנה, ב'חורים, און י'ום כיפורים, איז ר'ב'י'.


טויזענטער בריוו האט מוהרא"ש געשריבן פאר בחורים - זיי מחזק זיין זיי זאלן נישט אויפגעבן; מוהרא"ש שרייבט אז עס איז דא הונדערטער טויזענטער שאלות ותשובות ספרים פון גדולי ישראל צדיקים וקדושים וואס האבן געשריבן תשובות פאר אלע סארט שאלות פאר כלל ישראל, אבער קיינער שרייבט נישט קיין תשובות פאר בחורים וואס האבן שאלות צי זיי קענען נאך תשובה טון; זיי פרעגן: "וואס זאלן מיר טון אז מיר האלטן אין איין פאלן פון קדושה?" דערפאר האט מוהרא"ש זכרונו לברכה אפגעשריבן זיבעציג טויזענט בריוו, וואס א גרויסע פראצענט דערפון איז פאר בחורים, זיי מחזק זיין זיי זאלן נישט אויפגעבן.


מוהרא"ש שרייבט פאר אלע בחורים וואס פרעגן און בעטן אן עצה ווי אזוי זיי קענען ארויס גיין פון זייער פלאנטער, אז זיי זאלן זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, ווייל דאס ראטעוועט פון אלעם שלעכטס; דאס וואס דו שרייבסט מיר אז דו זאגסט ח"י פרקים משניות און דו זעסט נישט עס זאל העלפן, דאס טאר מען נישט זאגן, ווייל מי יודע ווען דו זאגסט ווען נישט די ח"י פרקים משניות צי דו וואלסט נאך אפילו געשריבן אזא בריוו - ווי דו שרייסט אז דו ווילסט זיין ערליך... וויפיל בחורים זענען שוין נעבעך אזוי אראפגעפאלן אז זיי שרייען שוין נישט "ראטעווע מיך!" דאס אליינס אז דו שרייסט נאך: "ראטעווע מיר, איך וויל זיין א ערליכע איד" - דאס אליינס דארף זיין דיין גרעסטע התחזקות, אז דו ווילסט נאך זיין גוט.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (חולין קמב.) אסאך מעשיות ווי אזוי גרויסע מענטשן זענען אוועק געפאלן פון אידישקייט ווייל זיי האבן געהאט קשיות אויף די תורה, "הֲרֵי שֶׁאָמַר לוֹ אָבִיו, עֲלֵה לַבִּירָה וְהָבֵא לִי גּוֹזָלוֹת, וְעָלָה, וְשָׁלַח אֶת הָאֵם, וְלָקַח אֶת הַבָּנִים, וּבַחֲזָרָתוֹ נָפַל וָמֵת - הֵיכָן אֲרִיכוּת יָמָיו שֶׁל זֶה? וְהֵיכָן טוֹבָתוֹ שֶׁל זֶה?" א טאטע האט געהייסן זיין זון 'גיי ברענג מיר אפאר פייגליך פונעם נעסט', איז דער קינד געגאנגען און געמאכט די מצוה פון שלוח הקן, און אויפן וועג אראפ איז ער אראפגעפאלן פונעם לייטער און געשטארבן - וואו איז דער אריכות ימים פון דעם מענטש? ווי איז די גוטס וואס דער מענטש דארף באקומען פאר דעם מצוה? זאגן דארט חכמינו זכרונם לברכה אז אחר האט דאס געזען, און ער האט געהאט די קשיא וכו'.


אזוי איז דא זייער אסאך מצוות וואס עס שטייט ארויס געשריבן די שכר פאר דעם וואס טוט די מצוה, אזוי ווי עס שטייט (במדבר טו, מ): "לְמַעַן תִּזְכְּרוּ וַעֲשִׂיתֶם אֶת כָּל מִצְו‍ֹתָי"; ביי תפילין שטייט (שמות יג, ט): "וְהָיָה לְךָ לְאוֹת עַל יָדְךָ, וּלְזִכָּרוֹן בֵּין עֵינֶיךָ, לְמַעַן תִּהְיֶה תּוֹרַת ה' בְּפִיךָ", פרעג איך דיר - אויב איינער טוט אן ציצית און דאך פאלט ער אראפ אין עבירות, אדער איינער וואס טוט אן תפילין יעדן טאג און דאך איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים, זאל ער אפלאזן זיין תפילין? זאל ער זיך חס ושלום גיין שמד'ן? וואס ליידער - זייער אסאך וואס זענען אוועק געפאלן פון אידישקייט, זענען נאר צוליב די אלע קשיות וואס איז אריין אין זיי, וואס געווענדליך אז דער מענטש האט נישט קיין סבלנות, הייבט ער אן צו האבן קשיות, און נאכדעם פאלט ער נעבעך אינגאנצן אוועק.


דערפאר דארף א מענטש האבן אסאך סבלנות, און וויסן אז אלעס וואס די הייליגע תורה און וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן - איז אמת, און עס איז דא אסאך זאכן וואס מיר קענען נישט פארשטיין.


דו זאג ווייטער משניות, און גלייב אז די תורה וועט דיך ראטעווען פון עבירות, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִלּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, רַחֲמָנָא לִצְלָן רַחֲמָנָא לִשֵׁזְבָן", אפילו א מענטש וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין די הענט פונעם יצר הרע, ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתיות, "אַף־עַל־פִּי־כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל־כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק, לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה, עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


כאפ זיך אריבער קיין יבניאל צו מוהרא"ש'ס ציון; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מבטיח געווען בזה הלשון: "אִיךְ זָאג צוּ, אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר, אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ, אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


איך שרייב דיר דא א תפילה וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר בחורים צו זאגן יעדן טאג, עס איז געדרוקט אין 'קונטרס מציאות הזיווג', דאס איז איבערגעשריבן אין אידיש, זאג עס יעדן טאג וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג בקרוב:


אַ תְּפִלָה צוּ בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן יֶעדְן טָאג אוֹיף אַ שִׁידוּךְ


רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואספארא רעש עס ווערט אויבן אין הימל ווען א בחור אדער א מיידל קומען צום אייבערשטן, און זאגן: "באשעפער, איך וויל זיין ערליך, איך וויל נישט זינדיגן, אבער וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל אין עבירות וכו'; איך וויל חתונה האבן, אז איך וועל חתונה האבן וועל איך מער נישט טון די עקעלדיגע עבירה", ווען א בחור אדער מיידל זאגן דאס פארן אייבערשטן ווערט אויבן אזא רעש, אלע מקטריגים אנטלויפן, זיי שעמען זיך מיט זייערע קטרוג וואס זיי שטייען א גאנצע טאג און זענען מקטרג אויף בחורים וכו', ווייל דער אמת קומט ארויס, און מען זעט קלאר אז בחורים זענען נישט שולדיג.


איך בעט דיר זייער שטארק, דראפע דיר און דערהאלט זיך; דו זאג ווייטער משניות, און פריי זיך אז דו האסט געפאלגט דעם רבי'ן, און דו ביסט געקומען קיין אומאן אויף ראש השנה, דו האסט זיכער גע'פועל'ט א שידוך, און דער אייבערשטער וועט דיר העלפן אז דו וועסט זוכה זיין בקרוב אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל אמן.


א גוט יום טוב.

#106 - איך פאל דורך אסאך, געבט מיר ביטע אן עצה.
קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך באדאנקען פאר די שיעורים וואס איז מיר מורא'דיג מחזק בכלל, און בפרט וויאזוי זיך מחזק צו זיין אלס בחור. איך בין א בחור און איך האב באקומען א "חיזוק יומי ביזנעס קארד", און זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים האב איך אנגעהויבן זיין מער ערליך.


לעצטנס האב איך געהאט א זאך וואס האט מיר זייער צובראכן און איך וואלט זייער שטארק געוואלט דער ראש ישיבה זאל מיר מחזק זיין און געבן א עצה אויף ווייטער. די לעצטע שטיק צייט האב איך מיך שוין אסאך געשטארקט אויף מיינע שלעכטע תאוות, אבער מיט דעם אלעם האב איך די לעצטע דריי שבתים אין איין צו אויף געשטאנען א ב"ק, אינמיטן די וואך איז אלעס גוט און ווען עס קומט שבת זע איך אויך נישט אז איך זאל האבן געטראכט אדער געקוקט עפעס נישט גוט, אבער מיט דעם אלעם בין איך אויף געשטאנען אזוי.


איך בין מורא'דיג צובראכן דערפון, ווייל איך פרוביר זייער שטארק צו זיין ערליך, און דעס קלאפט מיך אראפ. און אויך אז די קומענדיגע שבת איז יום כיפור, און איך האב געהערט שרעקעדיגע זאכן אויף ווער עס ווערט א ב"ק אום יום כיפור.


איך וואלט זייער שטארק געוואלט דער ראש ישיבה זאל מיך געבן אן עצה וויאזוי צו זיין אפגעהיטן דערפון.


א גרויסן שכח פאר אלעס.


מנשה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזהשי"ת


יום ד' פרשת וזאת הברכה-א, ז' תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד הבחור מנשה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, שטארק דיר און ווער נישט צעבראכן; וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער ווארט מען זאל תשובה טון, און ווען מען טוט תשובה נעמט ער צוריק דעם מענטש, און ער רעכנט כאילו דער מענטש האט קיינמאל נישט געזינדיגט. זארג זיך נישט אויף וואס עס גייט זיין, און פייניג דיך נישט מיטן עבר - וואס איז געווען, דו טו וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט, זע צו זאגן יעדן טאג דעם "תיקון הכללי": די צען קאפיטלעך תהילים, וואס דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען אז דאס איז א תיקון הברית (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ). דער רבי האט געזאגט אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף זיך גארנישט זארגן, נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): אז אסאך צדיקים האבן געוואלט משיג זיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון דער וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר - זאגט דער רבי - האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון; זאלסט יעדן טאג זאגן די תיקון הכללי, אזוי ווי ברסלב'ער חסידים פירן זיך צו זאגן יעדן טאג נאך תפילת שחרית ווען מען איז נאך אנגעטון טלית ותפילין. וועסטו זוכה זיין צו פארעכטן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען.


זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש - שנים מקרא ואחד תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער ביז סוף וואך. און אויב דו האסט נאך אפאר מינוט לייג צו רש"י, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יט) אז שנים מקרא ואחד תרגום איז א תיקון הברית.


זע צו זאגן יעדן טאג משניות, וואס דאס רייניגט דעם מענטש; "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן, און ער ווערט ריין. משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, וואס מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריין געפאלן. אויב דו קענסט זאגן אכצן פרקים משניות - מה טוב, ווייל ח"י פרקים משניות מאכט אז דער מענטש זאל ווערן לויטער, און עס געבט צוריק דעם מח פארן מענטש, ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט אים אויסגעריסן זיין מח מחשבה, ווייל די זרע קומט פונעם מח, און אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטריקנט וכו', אבער אז מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארע מח. אויב דו קומסט נישט אן צו זאגן ח"י פרקים, זאג וויפיל דו קענסט.


אזוי אויך זאלסטו זען צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; דערפאר אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט ווייל דיין מח איז דיר אויסגעריסן פון די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דאך זאלסטו לערנען גמרא מיט משניות אפילו אן פארשטיין, און דאס וועט דיר ראטעווען פון דיין ברענעדיגע יצר הרע; דאס איז דער עצה צו קענען ארויס קריכן פון די טיפע בלאטע פון עבירות.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּך, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָך, יִהְיֶה אֵיך שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד". אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדען טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס! אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד (חיי מוהר"ן, סימן תקעג). איך מיין אז איינמאל מען הערט אזא שיחה פון רבי'ן איז שוין ביטול הבחירה, ווייל וואו דער ס"מ זאל דיך נאר אריין ווארפן, און וואס עס זאל נאר איבער גיין אויף דיר, האסטו שוין א וועג פון רבי'ן ווי אזוי מען קען ארויס גיין פון דארט.


דערפאר טייערע מנשה נרו יאיר, שטארק דיר און זיי נישט צעבראכן ביי דיר ווען דו זעסט אז ווי מער דו ווילסט זיך צוריקערן צום אייבערשטן פאלסטו אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, און ווי מער דו ווילסט זיין אפגעהיטן אין קדושת הברית פאלסטו אראפ נאכאמאל, און דו ווערסט נכשל בפגם הברית רחמנא לצלן; אזוי גייט עס מיט יעדן איינעם וואס וויל זיך צוריקערן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֲזַי הַדֶּרֶך – שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת", ווען א מענטש וויל ווערן אן ערליכער איד, הייבט ער אן שפירן כאילו מען דארף אים נישט, ער שפירט ווי מען שטופט אים אוועק פון הימל וכו' וכו', אבער באמת - זאגט דער רבי - איז דאס נאר אים מקרב צו זיין, און מען וויל זען ווי ער שטארקט זיך און ער קומט צוריק צום אייבערשטן.


א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו און זיך באקלאגט אז ער ווערט נכשל יעדע נאכט בעוון קרי רחמנא לצלן, ער האט געוויינט אז דער הייליגער מגיד זאל אים געבן א עצה, האט אים דער מגיד געגעבן א עצה, למעשה איז ער צוריק געקומען נאך א טאג אז די עצה העלפט נישט, האט ער אים געגעבן אן אנדערע עצה, און ער איז צוריק געקומען זאגן אז די עצה העלפט אויך נישט, און ער זעט יעדע נאכט קרי רחמנא לצלן, האט אים דער הייליגער מגיד זכותו יגן עלינו געזאגט: "יעצט וועל איך דיר געבן א סגולה וואס דו וועסט שוין נישט צוריק קומען צו מיר, ווייל די סגולה וועט דיר זיכער העלפן", ער האט אים ארויס געברענגט דעם ספר 'ליקוטי מוהר"ן' און אים געזאגט: "לערן יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן אביסל פון דעם ספר, וועסטו זיכער ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס און פון מקרה לילה".


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#105 - ווי אזוי קען איך זיך שטארקן איבער מיינע נסיונות אין קדושה?
קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, איך האב שטארקע נסיונות און דורכפעלער אין עניני קדושה. לעצטנס האב איך געזען א שמועס פונעם ראש ישיבה, ווי אזוי דער ראש ישיבה לייגט אראפ די הארבקייט און די עקלדיגקייט פון די עבירה, און איך האב באקומען זייער שטארקע חיזוק, וואס האלט שוין אן א גאנצע וואך.


וואס איז די עצה איך זאל עס קענען אנהאלטען ווייטער און נישט נאכאמאל דורך פאלן?


יישר כח


אהרן 


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזהשי"ת


יום ג' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, אז די עבירה פון פגם הברית איז זייער א הארבע עבירה, אזוי ווייט אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה. "רַבִּי יִצְחָק וְרַבִּי אַמִּי אָמְרֵי, כְּאִילוּ שׁוֹפֵך דָמִים", רבי יצחק און רבי אמי זאגן, ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים. "רַב אַסִּי אָמַר, כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", רב אסי זאגט, ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


און נאכדעם וואס דער מענטש גייט אוועק פון דער וועלט בלייבן די טיפות צוגעטשעפעט צו אים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קמא) אז די אלע טיפות וואס מען איז מוציא לבטלה וכו', זיי גייען נאך דעם מענטש ווען דער מענטש שטארבט, זיי זענען אים מלוה וכו', און דאס איז א מורא'דיגע צער און בושה פארן מענטש רחמנא לצלן.


און זוהר הקדוש שטייט (ויחי ריט:) "אָמַר רַבִּי יְהוּדָה לֵית לָך חוֹבָא בְּעָלְמָא דְּלָא אִית לֵיהּ תְּשׁוּבָה בַּר מֵהַאי, וְלֵית לָך לְחֲיָיבָא דְּלָא חֲמָּאָן אַפֵּי שְׁכִינְתָּא בַּר מֵהַאי", עס איז נישט דא קיין עבירה וואס עס העלפט נישט דערויף קיין תשובה, אויסער ווען א מענטש איז פוגם בברית, אויף דעם העלפט נישט קיין תשובה, און עס איז נישטא קיין זינדיגער מענטש וואס וועט נישט זוכה זיין צו זען דעם אייבערשטן, נאר ווער עס זינדיגט אין פגם הברית; די עבירה פון פגם הברית אזוי אזוי הארב, ווייל פון יעדע טיפה וואס דער מענטש איז מוציא לבטלה קען ווערן פון דעם א קינד, איז עס אזוי ווי דער מענטש הרג'עט זיינע קינדער. דאס איז אפילו ווען א מענטש זינדיגט איין מאל וכו', כל שכן אז א מענטש זינדיגט אסאך מאל, איז עס אזוי ווי ער איז א גאר גרויסער רוצח.


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור, און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף דער וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפ געפאלן אין די עבירה, און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך, און איך זאג – זאגט דער רבי – אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט.


דערפאר, אז דו בעטסט מיר איך זאל דיר געבן א עצה ווי אזוי מען קען זיין שטארק און נישט טון די עבירה, וועל איך דיר שרייבן אפאר נקודות פונעם הייליגן רבינ'ס ספרים.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות'; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט דארט, און זיך אויסשמועסן דאס הארץ; דערציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס מען גייט אריבער, ברוחניות ובגשמיות, דערציילן וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און וויפיל מאל דער מענטש מאכט שוין אפ אז ער גייט זיין גוט, פאלט ער נאכאמאל צוריק אריין אין די עבירה.


טייערער ברודער, פאלג דעם רבי'ן, און זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, בעט אים: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל האבן ריינע אויגן, איך וויל נישט קוקן שמוציגע מאוויס מיט שמוציגע קליפס, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפ פאלן? איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, הייליגע באשעפער ראטעווע מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך האלט אין איין קוקן שמוץ, און נאכדעם קום איך צו טון די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן, דער לעבן איז מיר נמאס".


"רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח; העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט אויף מיר ברוגז, איך גיי ארום מיט נארישע געדאנקען, איך רעדט מיך איין אז דו דארפסט מיר נישט וכו'", אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס פארציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער אין וואס דו ליגסט.


זע צו זאגן יעדן טאג דעם "תיקון הכללי"; די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ). דער רבי האט געזאגט אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים, דארף שוין גארנישט זארגן; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז אסאך צדיקים האבן געוואלט משיג זיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין, א טייל זענען אוועק פון דער וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר - זאגט דער רבי - האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון; יעדן טאג זאלסט זאגן די תיקון הכללי נאך תפילת שחרית, וועסטו זוכה זיין צו פארעכטן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען.


זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש - שנים מקרא ואחד תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער ביז סוף וואך, און אויב דו האסט נאך אפאר מינוט לייג אויך צו רש"י. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יט) אז שנים מקרא ואחד תרגום איז א תיקון הברית.


אויך זע צו זאגן יעדן טאג משניות, ווייל משניות רייניגט דעם מענטש, און "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה", אז ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן, און ער ווערט ריין. משניות האט א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, וואס די ראשי תיבות פון דער ווארט מִשְׁנָה איז (תהילים ל, ד): הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי, אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.


אויב קענסטו זאגן אכצן פרקים משניות, איז דאס א מורא'דיגע זאך; אז א מענטש איז זוכה צו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, מאכט דאס דעם מענטש לויטער, און עס געבט צוריק דעם מח פארן מענטש. ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט אים אויסגעריסן זיין מח-מחשבה, ווייל די זרע קומט פונעם מח, און אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטריקענט וכו', און אז מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארע מח.


זע אויך צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג; ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; דערפאר אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#104 - ווי אזוי ווער איך פטור פון מיין נסיון צו א סמארטפאון?
קדושה, סמארטפאון, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש הישיבה שליט"א
איך לערן אין א ישיבה אין ארץ ישראל, יעצט אויף די מינוט האב איך נישט קיין סמארטפאון, אבער ווי אזוי קען איך זען דאס אנצוהאלטן, און די צוויי יאר וואס איך לערן דא האב איך שוין געהאט בערך 8-9 פאון'ס. יעדעס מאל ווען עס כאפט מיר א שוואכע מינוט, קויף איך איינס אין נאך אפאר טאג ווארף איך עס אוועק. אדער גיי איך צו א קאמפיוטער סטאר וואס האט נישט קיין שום פילטער.
באמת וויל איך זיין גוט און ערליך, און איך ווייס אז א טעלעפאן איז שמוץ, ווייל דאס איז וואס איך קוק א גאנצן טאג ווען איך האב עס, איז וואס איז די עצה צו זיין א צדיק?
משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד הבחור משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט מיר אז האסט זיך געקויפט א סמארטפאון און דורך דעם ביסטו אראפ געפאלן טיף טיף אין שאול תחתית, און דו ביסט נכשל געווארן מיט הארבע עבירות רחמנא לצלן, און דו שרייבסט מיר אז איך זאל דיר העלפן ארויס קריכן פון דיין בלאטע; אויך שרייבסטו מיר אז דו גייסט אין שמוציגע פלעצער, אנשטאט צו זיצן אין ישיבה, בשעת דיינע עלטערן האבן דיר געשיקט לערנען אין ארץ ישראל וכו', גייסטו קיין וכו' קוקן שמוץ ה' ירחם, און דו בעטסט מיר אן עצה.


וויסן זאלסטו אז יעדער מענטש קען תשובה טון - נישט קיין חילוק ווי ווייט ער איז שוין פארקראכן; איך וואלט דיר געזאגט אז דו זאלסט אוועק ווארפן דיין סמארטפאון, וואס דו דארפסט עס נישט האבן; קוק צו וואס עס ברענגט דיר צו, ליידער ביסטו נישט דער איינציגסטער בחור וואס שרייבט מיר אזא בריוו, איך באקום יעדן טאג בריוו פון בחורים און מיידליך וואס וויינען צו מיר אז איך זאל זיי העלפן ארויס קריכן פון זייער בלאטע; זיי שרייבן מיר: "אינדרויסן מיינען אלע אז מיר זענען גוט וכו', אבער שטילערהייט זענען מיר פארדארבן, אזוי ווייט אז מיר ווילן זיך פשוט נעמען דאס לעבן רחמנא לצלן".


מאך זיך א שיעור אין משניות; יעדן טאג זאלסטו זאגן פרקים משניות, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - דאך זאלסטו זאגן פרקים משניות יעדן טאג, דאס וועט דיר ארויס נעמען פון דיין בלאטע, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִלּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתיות, "אַף־עַל־פִּי־כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל־כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ - יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה, עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס. ווען ר' נתן האט געהערט דעם שיחה, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן, צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רח"ל? האט דער רבי אים געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס, אז אפילו א מענטש וואס ליגט נעבעך אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, אויב דער מענטש וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד".


איך בעט דיר זייער, מיין נישט אז דער אייבערשטער איז ברוגז אויף דיר, און ער וויל דיר נישט צוריק נעמען, ווייל דער אייבערשטער נעמט צוריק יעדן איינעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): " גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", תשובה איז אזוי גרויס אז ווען א מענטש טוט תשובה - ער איז זיך מתודה פארן אייבערשטן, שטייט ער פארן כסא הכבוד. נאך זאגן חז"ל (ברכות לד:): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד", א בעל תשובה איז חשוב ביים אייבערשטן מער ווי גרויסע צדיקים.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; אז א מענטש זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך; ווען א מענטש פארציילט אלעס פארן אייבערשטן, און ער איז זיך מתודה פאר אים, דעמאלט נעמט דער אייבערשטער צוריק דעם מענטש.


זאלסט אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן כח און שכל נישט צו נעמען א סמארטפאון, ווייל דאס צעשטערט פשוט דעם לעבן פון א מענטש, עס נעמט ארויס יעדעס טראפ יראת שמים וואס דער מענטש האט.


 דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט טרעפן דיין שידוך בקרוב, און אויפשטעלן א ערליכע שטוב, א בית נאמן בישראל, אמן.

#103 - וואס זענען די תקנות הישיבה?
קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, בחור

תוכן השאלה‎

פון שלום.

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א
איך בין א בחור און איך בין נישט געהעריג אין א ישיבה, איך האלט זיך פאר א תלמיד פונעם ראש ישיבה, און איך בין טאקע אמת'דיג פון די שטארקע תלמידים. איך האב א סמארט פאן, און איך וויל וויסן די תקנות הישיבה בנוגע א סמארט פאון, וואס מעג מען האבן און וואס טאר מען נישט האבן? איך וויל זיך פירן אין לעבן לויט די תקנות הישיבה.
און די זעלבע אויך מיט לערנען תורה, וויפיל דארף איך לערנען יעדן טאג?
און דאס מערסטע וויל איך וויסן ווי אזוי קען איך ווערן אן ערליכער איד?
א גרויסן ש'כח, איך ווארט פאר אן ענטפער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד הבחור שלום נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט מיר וואס איז די תקנות הישיבה; די תקנות פון ישיבה איז - צו זיין אן ערליכער איד, לערנען די הייליגע תורה און טון אלע מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן.


דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א מתנה פאר אונזער דור - דער הייליגער רבי זכרונו לברכה, וואס נאר ער האט עצות פאר אונזער דור, אז מיר זאלן קענען זיין ערליכע אידן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט) אז אפילו א מענטש וואס איז אריין געפאלן אין עבירות רחמנא לצלן, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, יהי' מה שיהי', וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיין פלאנטער, און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דער שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות, אז אפילו איינער וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אבער אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג חי פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


דערפאר אז דו ווילסט זיין א תלמיד היכל הקודש, זאלסטו זיך מאכן א שיעור יעדן טאג אין משניות; ווען דו האסט אפאר מינוט זאלסטו זאגן א פרק משניות, אזוי וועסטו זוכה זיין צו א נייע ריינע הייליגע נשמה.


דאס וואס דו פרעגסט מיר אז דו ווילסט זיין אן ערליכער איד, און דו ווילסט וויסן ווי אזוי מען איז זוכה צו זיין אן ערליכער איד; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד) אז ער האט ער זוכה געווען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן; און דער רבי האט געזאגט סוף ימיו, אז ווען ער וואלט געוואוסט צו וואס מען קען אלץ זוכה זיין דורך די הנהגה פון רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, וואלט ער נישט אזוי פיל געפאסט און געטון סיגופים וכו'.


דערפאר טייערער שלום ני"ו, זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און דארט זאלסטו זיך אויס שמועסן דיין הארץ; פארצייל אלעס פארן אייבערשטן, סיי וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע דיינע ווייטאגן וואס דו האסט, און סיי ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד, דו ווילסט האבן ריינע אויגן און א ריינע מח, און ווי שווער עס קומט דיר אן צו זיין אפגעהיטן וכו' וכו', און אזוי וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכע איד.


דאס וואס דו פרעגסט צי דו זאלסט האלטן דיין סמארט-פאון וכו'; איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו שאלה איז, ווער געדענקט נישט ווי אזוי מוהרא"ש פלעגט רעדן ביי די שיעורים אז דאס נעמט אוועק יעדעס ביסל יראת שמים וואס דער מענטש האט. און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין מה.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶּה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע איז נאר שולט אויף וואס די אויגן זעען; דערפאר, אז דו פרעגסט מיר צי דו זאלסט אוועק לייגן דעם סמארט-פאון, און דו שרייבסט מיר אז דו ווילסט זיין א תלמיד הישיבה, וואלט איך דיר געזאגט אז דו זאלסט עס אוועק ווארפן, און אין דעם זכות וועסטו זוכה זיין צו אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב, און דו וועסט מאכן נחת פאר דיינע עלטערן.


 דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#102 - ווי אזוי מאך איך מיין נשמה זאל נישט אינגאנצן פארלוירן גיין?
קדושה, לימוד התורה, מאוויס, תשובה, עבירות, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך זייער באדאנקען פאר די שיעורים און פאר די "עצתו אמונה" וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט מיר, עס איז מיר זייער מחי'.


איך בין א בחור אין די יארן פון שידוכים, איך האב געוואלט בעטן חיזוק אויף שמירת עינים. אין די לעצטערע וואכן בין איך זייער געפאלן אין דעם, איך האב געטראפן א מאוויס סעריע און איך האב עס געקוקט, איך האב געמיינט אז עס נישט קיין שלעכטע זאכן, אבער אינצווישן איז געווען איין קליינע מאווי פון עטליכע מינוט מיט גאר עקלדיגע זאכן, איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב עס געקוקט אסאך מאל, און דאס האט מיר אינגאנצן צעבראכן דעם מח, פון דעמאלט האב איך נישט קיין מח, איך קען גארנישט טראכטן, מיין מח איז אינגאנצן פארברענט. דערנאך האב איך זיך ווידער נישט געקענט איינהאלטן אסאך מאל, און איך האב ווייטער געקוקט.


איך בעט ברחמים אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ראטעווען, איך בין זיך שוין אינגאנצן מייאש פון היטן די אויגן, איך קען זיך נישט עפענען דאס מאל צו רעדן צום אייבערשטן אפילו איין ווארט. האט רחמנות אויף מיין נשמה אז עס זאל נישט גיין לאיבוד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוי וויי, אוי געוואלד, קוקן מאוויס פון עבירות איז די טרעפ צום גיהנום, אז מען קוקט עבירות פארלירט מען אלעס, מען פארלירט די יראת שמים, מען פארלירט די אמונה, מען ווערט אומגליקליך, מען ווערט משוגע; דאס איז די קללה פון די תוכחה וואס די תורה זאגט (דברים כח, לד): "והיית משוגע ממראה עיניך אשר תראה", דו וועסט משוגע ווערן פון וואס דו וועסט זען מיט דיינע אויגן, רוב משוגעים ווערן משוגע פון תאוות ניאוף רחמנא לצלן.


וויי פאר דיר, וויי פאר דיין נשמה, דורך קוקן עבירות קומט מען צו די ביטערע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, מען ווערט דעפרעסט מען פארלירט אלעס, ביז מען האט קשיות אויפן אייבערשטן, עס דרייט זיך אין מח מחשבות פון כפירה, ביז מען טראכט מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן; אלעס קומט פון זיך נישט היטן די אויגן, פון קוקן מאוויס און קליפס פון עבירות.


אז דו ווילסט רחמנות האבן אויף דיר, אויף דיין נשמה, אויף דיין עתיד - זאלסטו אוועק ווארפן אלע כלים וואס מען קען אויף דעם קוקן עבירות, און מער נישט גיין אין פלעצער וואו מען קען אנקומען צו קוקן מאוויס. דאס איז די ערשטע און וויכטיגסטע תיקון, היטן די אויגן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע קען נאר אראפ ווארפן דורך די אויגן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען משניות און גמרא. יעצט ווען דיין קאפ איז אין תפיסה, דיין מח מחשבה איז פארכאפט ביי די קליפות - זאלסטו זאגן די ווערטער פון תורה אפילו אן פארשטיין. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. משניות רייניגט די מחשבות, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה", משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טומאה, מוהרא"ש זאגט, די ראשי תיבות פון: הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי - איז מִשְׁנָה, אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


אויך זאלסטו לערנען גמרא. הויב אן ש"ס, לערן גמרא כסדרן, זאג א בלאט נאך א בלאט, און וויין זיך אויס אויף די גמרא צו די תנאים און די אמוראים זיי זאלן רחמנות האבן אויף דיר אז דו זאלסט נישט פארפאלן ווערן, דו זאלסט קענען אלעס פאררעכטן.


אז דו וועסט יעצט אוועק ווארפן אלע כלים וכו' וכו' און נעמען דעם רבינ'ס עצות וועסטו אלעס פאררעכטן, און אז דו וועסט ווייטער קוקן מאוויס פון עבירות - וועסטו משוגע ווערן רחמנא לצלן, נאכדעם קומט דראגס רחמנא לצלן, ביז מען פארלירט ביידע וועלטן.

#101 - איך האלט ממש ביי גארנישט, וואס טוט מען?
חובות, שלום בית, קדושה, רפואה, תפילות אויף אידיש, פרנסה, דאווענען, נסיונות, התחדשות, משניות, תיקון הכללי, מנין, גמרא, שכחה, עבר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן וואס קען איך טון אז איך בין אין עולם התוהו, איך פאל אין ניאוף, אין קוקן שמוץ און אויך אויף יעדע פרוי אין גאס, און הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, קוים וואס איך דאווען, קוים וואס איך זאג עפעס משניות, צוויי טעג הייב איך אן זאגן און אנדערע טעג גארנישט, איך ברענג נישט קיין פרנסה, איך צאל נישט קיין חובות, איך פאלג נישט דעם ראש ישיבה שליט"א.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו לערנען משניות און גמרא און מעביר סדרה זיין יעדן טאג, און איין טאג טו איך עס יא און נאכדעם דריי חדשים נישט. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו קויפן רבינו תם'ס תפילין און איך האב גארנישט געטון וועגן דעם. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט איך זאל גיין הפצה, און קוים וואס איך גיי. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו קויפן א קאר די שענסטע און די בעסטע און איך האב נישט געקויפט.


בעצם האלט איך ביי גארנישט. אפשר בין איך נישט געזונט גייסטיש? נישט אפשר, נאר זיכער. זאל איך נעמען מעדעצין? ווייל איך זאג דאך נישט יעדן טאג משניות מיט גמרא וואס דאס זאל מיך אויסהיילן, איז דערווייל פארוואס זאל מיין ווייב ליידן פון א מאן וואס ברענגט נישט קיין פרנסה, און פאלט אריין אין דעפרעסיע יעדן צווייטן טאג? און אפשר זאל איך נעמען געלט פון די שטאט פאר איינער וואס ליידט אויף דעפרעסיע און נאך? זאל מיין ווייב האבן כאטש די פאר דאלער?


איך האף אז וואס דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר יעצט ענטפערן, וועל איך יא מקיים זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלט דיין בריוו.


די יסוד היסודות אז מען וויל מצליח זיין אין לעבן איז - מען זאל נישט קייען אלטע שטרוי, איבער קייען אלטע מעשיות, נאר אנהויבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן כאילו מען איז יעצט געבוירן. רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות יורה דעה הלכות מילה הלכה ד, אות יח): "עיקר הכניסה לתשובה ולקדושת ישראל", דאס איז די שליסל צו תשובה און צו זיין א איד, "לחשוב בכל עת כאילו עתה נולד", טראכטן 'איך בין יעצט געבוירן', "ואפילו אם יעבור עליו מה", און אפילו עס זאל אריבער גיין אויפן מענטש וואס זאל נאר זיין, "יתחזק בכל פעם ויחשוב בלבו שעתה נולד", זאל ער זיך שטארקן און טראכטן 'איך בין יעצט ניי געבוירן, איך הויב אן יעצט פונדאסניי', "אז בודאי סוף כל סוף יזכה להתקרב לשם יתברך", וועט ער זיכער אנקומען צו תשובה און צום אייבערשטן, "ואז יתתקן הכל", און אלעס פאררעכטן.


דאס איז די זאך וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט; הויב אן פון דאסניי, הויב אן פון יעצט, ביסט ניי געבוירן, ביסט א נייע באשעפעניש. ביי משיח שטייט (תהלים ב, ז): "אני היום ילדתיך", ביסט היינט געבוירן, און דאס איז וואס דער הייליגער רבי ברענגט אריין אין די וועלט. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פונדאסניי".


פון יעצט זאלסטו פאלגן די זאכן:


פארלייג זיך אויף גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין מיט א סידור מיט גרויס שמחה, און אז דו קענסט זוכה זיין זיך צו טובל'ן אינדערפרי פארן דאווענען - איז נאך בעסער, ווייל ווען מען טובל'ט זיך דעם גוף דא – טובל'ט מען אויבן אין הימל די נשמה, מען ווערט ריין און הייליג, און נאכן דאווענען שחרית מיט די טלית ותפילין זאלסטו זאגן די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי, וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].


פארלייג זיך אויף לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, זאל זיין וואס זאל זיין. לערן אפילו בלי הבנה, אן פארשטיין, לערן אפילו אן די רש"י'ס, נאר די ווערטער פון די גמרא. דאס וועט דיך באשיצן פון די קליפות ומשחיתים וואס ווילן דיר שלעכטס טון. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז, מזבוב ועכביש), דער בארג האט געזאגט צום קעניג: "ווי לאנג דער בלאט איז אויף דיר מגין דארפסטו נישט מורא האבן פון קיינעם; אויף מיר שטייען אויך אויף שלעכטע מענטשן וואס ווילן מיר שלעכטס טון, אבער זיי קענען מיר נישט שלעכטס טון ווייל דער בלאט באשיצט מיר"; דאס גייט ארויף אויפן דף גמרא, ווען מען לערנט די הייליגע גמרא - ווערט מען באשיצט, עס ראטעוועט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


וועגן דיינע חובות און דיינע נסיונות וואס איז געבינדן איינס מיטן צווייטן, איז דא איין עצה, שרייען צום אייבערשטן. גיי אין א שטילע פלאץ און שריי (עס דארף נישט זיין בקול, שריי שטילערהייט):


"רבונו של עולם איך בין אזוי משוגע, ראטעווע מיך, איך פארשמיר מיינע אויגן, איך קוק ניאוף, און איך בין אין אזעלכע חובות, איך בין אין עולם התוהו, איך קען נישט גיין אין גאס, איך ווער משוגע פון יעדע פרוי וואס גייט אריבער. הייליגער באשעפער, איך בין אזוי צעבראכן, עכט וויל איך זיין גוט, עכט בין איך א איד מיט א אידישע נשמה, איך בין נאר אזוי פארקראכן, העלף מיר, איך זע נישט קיין וועג, זיי מיך מקרב צו דיר. לייג אריין אין מיר א רוח טהרה, איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן און קענען ארויסגיין פון מיינע חובות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#100 - ווי אזוי קען איך זיך היטן פון אזויפיל מאל נכשל ווערן?
קדושה, תשובה, נסיונות, סדר דרך הלימוד, משניות, גמרא, אפיס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף זייער וויכטיג הילף, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וויל זיין גוט.


איך האב ברוך ה' גוט חתונה געהאט, מיט א וואוילע גוטע איבערגעגעבענע ווייב, אבער מיין יצר הרע איז אזוי גרויס, איך זיץ אין אן אפיס מיט די בעסטע פילטער, אבער פון אונטער דער ערד טרעף איך יעדן טאג א וועג צו פאלן און נכשל ווערן אין שלעכטע זאכן. יעדן טאג וואס גייט אריבער שפיר איך ווי איך ווער נאר ווייטער און ווייטער פונעם אייבערשטן, איך גיי נאר אויף צוריק צו וועגס.


איך וויל זיין אפגעהיטן, איך וויל זיין א איד, איך וויל פאררעכטן מיינע פגמים, איך שעם זיך אזוי שטארק פון זיך אליין, איך ווייס נישט פארוואס און ווי אזוי דאס פאסירט, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט, עס איז נישטא קיין אנדערע רפואה צו לעשן די פייער פון די יצר הרע פון ניאוף - נאר דורך לימוד משניות. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס, האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס", אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


אז דו ווילסט פטור ווערן פון דיין יצר הרע, זאלסטו נעמען א משניות און לערנען משניות. לערן איין פרק נאכן צווייטן; אין אנהויב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - פארלירט מען דעם מח. דער הייליגער זוהר זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא", אז מען איז פוגם בברית, "עַד אַבָּא וְאִמָּא", גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; דורכדעם איז מען זוכה אז מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות.


אויך זאלסטו לערנען גמרא. דער הייליגער רבי זאגט אז גמרא פארברענט די קליפות, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", תלמוד באטרעפט אזוי ווי די קליפה וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית רחמנא לצלן, תלמו"ד באטרעפט פיר הונדערט אכציג, און די קליפה לילי"ת באטרעפט אויך פיר הונדערט אכציג, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


זאגן בלעטער גמרא איז אזוי גרויס, עס פארברענט אלע קליפות ומשחיתים. צדיקים זאגן אויף דעם וואס די הייליגע חכמים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוֹרְתָּא תְּהֵא", דאס איז א לשון פון "לְ'זַמֵּר' אֵת כָּל הֱעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֵת כָּל הַקּוֹצִים", דאס שניידט אוועק אלע שלעכטס.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.