שאלה אין קורצן ענין
#37 - נאכ'ן פירן דעם סדר נאכט אין שפיטאל, איז דאס מיין סדר פאר'ן גאנצן יאר?
התחזקות, שלום בית, סיפורי צדיקים, רפואה, שמחה, נסיונות, פסח, סדר נאכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זוכה ברוך ה' צו הערן די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, אנדערש ווייס איך נישט ווי איך וואלט זיך געפונען אויף דער וועלט, איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א אויף יעדע דרשה באזונדער. איך האב אסאך צו שרייבן, און איך וועל פרובירן מקצר צו זיין.


דעם פארגאנגענעם ערב פסח האט מיין ווייב אנגעהויבן זייער נישט גוט צו שפירן, אזוי ווייט אז ביינאכט, נאך פאר'ן סדר, האבן מיר געדארפט רופן הצלה וועלכע האבן איר אריינגעפירט אין שפיטאל, וואו מיר זענען געבליבן ביז דעם ערשטן טאג יום טוב אינדערפרי. מיין ווייב האט בכלל נישט געקענט מאכן קיין סדר, קוים געקענט ארויסזאגן די ווערטער "פסח מצה ומרור".


די הצלה לייט האבן אונז געגעבן ברוך ה' זאכן פאר'ן סדר, אזוי האב איך געקענט זיצן נעבן די בעט פון מיין ווייב אין די קארידארן פונעם שפיטאל און אפרעכטן א סדר, ווען אינצווישן האב איך כסדר זיך אפגעגעבן מיט מיין ווייב און גערעדט מיט די דאקטורים און געהילפן, צו טון וואס מען דארף, ביז איך האב געענדיגט דעם "סדר" אביסל פאר'ן עלות השחר. ברוך ה' אז מיין ווייב שפירט שוין יעצט אסאך בעסער, מיר בויען ווייטער א אידישע שטוב אינאיינעם, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


מיין שאלה איז איבער דעם וואס מען זאגט נאך פון צדיקים אז ווי אזוי מען פירט זיך אויף ביים סדר נאכט, אזוי וועט זיין די גאנצע יאר, דער סדר נאכט איז א סדר פאר די גאנצע יאר, דעריבער האב איך מורא נאכ'ן פירן אזא "סדר נאכט" וועט חס ושלום נישט אויסקוקן גוט דעם גאנצן יאר. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר וואס צו טון עס צו פאררעכטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים, מען רופט די נאכט פון פסח 'ליל הסדר' ווייל: "ווי אזוי מען פירט זיך אויף די נאכט פון פסח - אזוי וועט מען זיך פירן א גאנץ יאר".


דאס מיינט מען צו זאגן, אויב דער מענטש רעגט זיך נישט אויף, ער זיצט ביים סדר מיט א שמחה, ער איז פרייליך, ער ווערט נישט אין כעס אויף די ווייב און קינדער, אפילו זאכן גייען נישט ווי אזוי ער וויל בלייבט ער ווייטער מיט א דביקות אינעם אייבערשטן - וועט דאס אים געבן כח פאר די גאנצע יאר צו זיין פרייליך און ערליך.


מען מיינט נישט צו זאגן אויף וואס פאר א שטיל מען זיצט פסח ביינאכט - וועט מען זיצן א גאנץ יאר, און אויב מען זיצט אויף א טייערע היסב בעט ביים ליל הסדר - וועט מען א גאנץ יאר זיצן אויף א שטיל, און אז מען זיצט אויף צעבראכענעם בענקל וועט מען א גאנץ יאר האבן א צעבראכענעם בענקל; מען רעדט פונעם מצב רוח פונעם מענטש. אז מען איז פרייליך, מען איז מרוצה ווי אזוי דער אייבערשטער מאכט - וועט דאס אים העלפן אויף א גאנץ יאר.


אז דו ביסט אריבער אזא מעשה, צו זיצן פסח אין שפיטאל. עס איז געקומען אומגעראכטן; דו האסט זיך געגרייט צו האבן א שיינעם יום טוב, און אזוי פלוצלונג ביסטו געלאפן מיט דיין ווייב אין שפיטאל, האסט זיך נישט פארלוירן, האסט געמאכט א סדר אין שפיטאל נעבן דיין ווייב'ס בעט - איז דאס פאר דיר א גוטע סימן, אז וואס עס וועט נאר אריבערגיין די יאר - וועסטו בלייבן מיט די הייליגע אמונה.


ווייסט אודאי די באקאנטע מעשה, איינער פון די תלמידים פון הייליגן חוזה פון לובלין זכותו יגן עלינו איז געווען אונטערוועגנס צו זיין ביי זיין רבי אויף פסח, און עס האט פאסירט אז די וואגן האט זיך צעבראכן און ער איז געבליבן שטעקן אויף יום טוב פסח אונטערוועגנס, אין א דארף ביי א פויער.


דער תלמיד איז געווען זייער צעבראכן, ער האט נישט געקענט אראפשלינגען וואס מיט אים האט פאסירט; דא גרייט ער זיך אזוי לאנג צו קומען צו זיין הייליגן רבי'ן אויף יום טוב און דא איז ער אנגעקומען אין א פארווארפענעם פלאץ, ביי א כפרי אין שטוב. ער האט נישט געהאט בכלל קיין מוחין, ער האט געמאכט דעם סדר זייער פשוט, ער האט געזאגט די הגדה, געגעסן די מצה און געטרינקען די פיר כוסות, ער האט אלעס געטון אן קיין כוונות, אן קיין מעשיות, ער האט געטון רצון השם און געגאנגען שלאפן.


קומענדיגן טאג האט ער שוין צוריק באקומען זיינע מוחין, ער האט געטראכט 'אז איך בין דא אנגעקומען איז דאס זיכער נאר לטובה'. ער האט אפגעראכטן דעם צווייטן סדר מיט אלע כוונות, מיט אלע מעשיות, ער האט זיך געשפירט ווי ער איז אין די לופט.


ווען ער איז געקומען צום הייליגן חוזה זכותו יגן עלינו, פרעגט אים דער חוזה: "וואו האסטו געפראוועט דעם ערשטן סדר נאכט? דו האסט ליכטיג געמאכט אלע וועלטן, דיין הגדה האט געשיינט אויף די גאנצע וועלט, זאג מיר וואו ביסטו געווען?" דער תלמיד טראכט צו זיך: 'מן הסתם מיינט דער רבי צו פרעגן וואו איך בין געווען די צווייטע סדר נאכט', דער תלמיד האט גארנישט געדענקט פון די ערשטע ליל הסדר, נאר ווי ער שטיקט זיך פון וויינען און פון זיין צעבראכענעם מוט. ער האט פרובירט פאררעכטן דעם הייליגן חוזה, אבער דער הייליגער צדיק זאגט אים: "נישט דעם צווייטן סדר, ביי דיין צווייטע סדר איז געווען אין הימל טונקל פון דיר, איך פרעג וואו דו ביסט געווען דעם ערשטן סדר?" ער האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן.


זאגט אים דער הייליגער צדיק: "איך וועל דיר מגלה זיין א סוד, אין הימל איז א לב נשבר זייער חשוב, ווער רעדט נאך ווען א מענטש שפירט ביי זיך אז ער איז גארנישט ווערד, דיקא דעמאלט שיינט דער איד אין אלע וועלטן. ביים ערשטן סדר ביסטו געווען צעבראכן און דו האסט געטון רצון השם, האסט געמאכט דעם סדר, פון דעם איז ליכטיג געווארן אלע וועלטן".


דאס זאג איך דיר, דו זארגסט וואס גייט זיין מיט דיר א גאנץ יאר אז דער סדר איז געווען אזוי פראסט, אזוי גארנישט, אזוי נעבעכדיג; דו פרעגסט וואס דו קענסט טון? זאג איך דיר, דיקא דער ליל הסדר ווי דו ביסט געזיצן אין שפיטאל נעבן דיין ווייב'ס בעט - האט געשיינט אין אלע וועלטן, ווייל ווען א איד טוט דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אפילו אין די מינוטן ווען עס גייט אים פארקערט - דאס איז זייער חשוב.


שטארק זיך, בוי דיין שטוב מיט דיין ווייב, לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - בין איך מחויב צו טון אלעס אליין אינדערהיים?
שלום בית, סיפורי צדיקים, רפואה, סבלנות, תודה והודאה, קאמפלימענטס, קנאה, עונשים, יענער, א גוט אויג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך אביסל אויסרעדן איבער די שוועריקייטן וואס איך גיי אריבער אינדערהיים, אונזער שלום בית טויג נישט, עס איז נישטא קיין שטארקע ליבשאפט ביי אונז.


וואס קען איך טון אז איך שפיר זיך ווי דער משרת אינדערהיים, איך שפיר אסאך מאל ווי איך בין סיי דער טאטע און סיי די מאמע אין הויז, איך פארשטיי אז עס איז יעצט שווער פאר מיין ווייב צו טון אלעס, אבער איך שפיר ווי איך ווער צופיל אויסגענוצט, איך דארף אלעס מסדר זיין, צושטעלן עסן, רייניגן, און אזוי ווייטער, אלע זאכן וואס א געווענליכע פרוי וואלט ווען געדארפט צו טון אינדערהיים.


ווען די קינדער דארפן גיין צום דאקטער, דארף איך זיי נעמען, כאטש וואס איך ארבעט א גאנצן טאג. איך בעט איר זי זאל כאטש מאכן דעם אפוינמענט ביים דאקטער, אבער זי פייפט מיר אן. איך קום אהיים און דאס קינד איז שמוציג ביז ארויף און איך דארף זויבערן און אפבאדן. ווען איך רוים אויף העלפט זי מיר אביסל, אין די צייט וואס עס וואלט ווען געדארפט זיין פארקערט, וואס איך טו ווערט געטון, און וואס נישט נישט. איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך דארף פשוט א נארמאלע הויז, וואו מען געבט זיך אפ נארמאל מיט די קינדער און מיט די הויז.


איך קום פון א נארמאלע צוזאמגענומע שטוב, אלס בחור האב איך געהאט גרויסע השגות, איך האב געהאט חלומות פון א שיינע באלעבאטישע שטוב, און למעשה איז גארנישט געווארן דערפון, אבער איך דארף כאטש א מינימאלע נארמאלע הויז, איך פיל ווי זי איז גארנישט גרייט צי טון פאר מיר. איך האב זייער ליב צי זען מיין ווייב אמאל שיין אנגעטוען ווי א אידישע פרוי דארף אויסקוקן, אבער איך האב דאס נאר ווען מען מוז גיין צו א שמחה, זי איז גאר נישט גרייט צו טון, איין טאג איז געווען א שיינע וועטער האב איך איר געפרעגט אויב זי וויל זיך אנטוען און ארויס גיין מיט מיר אביסל שפאצירן, אבער דאס אויך נישט.


איך טו פאר איר זייער אסאך, און פאר די הויז און די קינדער טו איך דאס רוב, ווען איך קום אהיים נאך א טאג ארבייט קומט עס זי זאל מיר מאכן עפעס א טרינקען אדער עסן, אבער עס איז פארקערט איך מאך איר א קאווע, שפעטער מאך איך איר עסן, איך פיל ווי עס איז נישט יושר, עס איז נישט אז אמאל איז געווען גוט און פשוט יעצט ווייל זי פילט נישט גוט קען זי נישט, ווי איך געדענק זייט די חתונה האב איך נאר געגעבן און גארנישט באקומען.


עס קומט נארמאל אז א פרוי זאל האבן א געשמאק אין אהערשטעלן א שיינע געשמאקע סעודה, האבן א טאלאנט אראפצולייגן א געשמאקע שיינע טעלער עסן צום טיש, זי איז אבער בכלל נישט אינטערעסירט אין דעם, אלעס איז א גאנצע טובה געטון. איך דארף זיך בעטן ביי איר, און איך שפיר ווי איך האב יעצט אויפגעשטעלט אן אלטע באבע וואס רירט זיך מיט די לעצטע כוחות, ווען זי בעט אבער עפעס פון מיר מוז איך עס גלייך טון אויפ'ן ארט מיט'ן גרעסטן חשק.


לאמיר זאגן חס ושלום אז איינעמ'ס ווייב איז נעבעך קראנק געווארן, זי קען גארנישט טון, און דער מאן איז איר געטריי, דעמאלט איז אנדערש, ווייל למעשה איז זי געווען געטריי פאר אים אלע יארן, און יעצט נעבעך איז זי קראנק. איך האב אבער גארנישט באקומען פון מיין ווייב. עס איז מיר זייער שווער, אסאך מאל טראכט איך אז עס איז מיר שוין געווען גרינגער אלס בחור, איך האב זיך געדרייט און געפרייט, יעצט ארבעט איך ביטער שווער אויפצושטעלן א משפחה.


איך בין קיינעם נישט מקנא, אבער איך טראכט צוריק פון אלע מיינע חברים, איך האלט נישט אז זיי האבן אזוי שלעכט חתונה געהאט, איך ווייס נישט פארוואס עס קומט מיר דאס.


איך בעט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ענטפערן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר אז דו ביסט מקנא אנדערע. קלאפ ארויס פון קאפ אז ביי אנדערע איז בעסער, בעסער איז אין ערגעץ נישט, בעסער קען ווערן ביי דיר אין מח; אז דו וועסט אויפבויען דיין ווייב, אז דו וועסט האבן סבלנות - וועט דיר גוט ווערן, ביי דיר אין קאפ קען ווערן גוט.


א נארישקייט צו קוקן אויף אנדערע. דיינע חברים האבן גארנישט בעסער פון דיר, אז איינער וועט דיר זאגן ער האט יא שלום בית - איז דאס ווייל ער ארבעט אויף זיינע מידות און ער לעבט מיט אמונה, און אז דו וועסט חזר'ן די הייליגע אמונה, דו וועסט גלייבן אז אלעס איז דער אייבערשטער; דו, דיין ווייב, דיינע קינדער, דיין געלונגענקייט און איר נישט געלונגענקייט, אלעס איז פונעם אייבערשטן - דעמאלט וועט דיר ווערן גוט, און ווי לאנג דו וועסט זיך עסן דיינע קישקעס אז דיינע חברים האבן שיינע ווייבער, דיינע חברים האבן שיינע שטובער - ביסטו א גרויס רחמנות.


וואס ווייסט א מענטש וואס איז גוט פאר אים? מען דארף גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, און אז דו האסט חתונה געהאט מיט איר - איז דאס דיין ווייב לויט דיין שורש נשמה און אויף דיר ליגט די ארבעט פון זוכן אין איר גוטס און איר פרייליך מאכן, דאס איז דיין מצוה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אשה בעלה משמחה", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב.


זיי נישט ברוגז וואס איך גיי דיר זאגן, דו ביסט נישט גערעכט; מיט אלעס ווי אזוי דו לייגסט אראפ דיין ווייב, מיט אלע אירע שוואכקייטן - ביסטו נישט גערעכט. ווייל מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז שלום בית ווענדט זיך אינעם מאן. דער מאן קען מאכן א גוטע שלום בית, דער מאן קען אויפבויען די ווייב און איר מאכן פאר די געלונגענסטע פרוי.


טייערער ברודער הער א מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן אונז, (שבת נג:): "מעשה באדם אחד שנשא אשה גידמת", עס איז געווען א מעשה, איינער האט חתונה געהאט מיט א געלעמטע פרוי, "ולא הכיר בה עד יום מותה", און ער האט נישט געוויסט אז זי איז געלעמט ביז זי איז אוועק פון די וועלט, האט רבי חייא געזאגט, "כמה צנוע אדם זה שלא הכיר באשתו", עס מוז זיין אז דער מענטש איז געווען זייער איידל אז ער האט נישט געקוקט אויף זיין ווייב איר גאנץ לעבן; עס איז אביסל שווער צו פארשטיין, ווי קען זיין א מענטש זאל נישט זען און וויסן אז זיין ווייב איז א געלעמטע? און נאך איז שווער, וואס איז די מעלה פון נישט קוקן אויף די אייגענע ווייב? נאר קען זיין, פשט איז, אז זי האט יא געהאט הענט און ער האט געזען אירע הענט, אירע הענט האבן זיך געקענט ריקן, נאר זי האט נישט געמאכט און געטון, זי איז נישט געווען קיין באלעבאסטע, זי האט גארנישט געטון, און איר מאן האט דאס נישט געזען, ער האט געזען אירע מעלות. די גמרא רומט אויס דעם מענטש אז ער האט נישט געזען אירע חסרונות, ער האט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט א ווייב; דאס איז א גרויסקייט, דאס אז א צנוע, אז מען זעט נישט די חסרונות, מען שפירט נישט ווי מען האט א טויטע געלעמטע ווייב.


ברודער, די תורה פון אזמרה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) - איז דיין עצה. דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זוכט אויף גוטס, אפילו אין א רשע - ווערט יענער אויס רשע. דאס איז ביי יעדע זאך, אז מען זוכט אויף גוטס אין א צווייטן, אז מען זוכט גוטס אין די ווייב, מען קוקט נאר אויף די גוטס - וועט זי ווערן גוט. קוק אויף דיין ווייב ווי אויף א קינד וואס ווייסט נישט ווי אזוי מען קאכט, מען רוימט, מען מאכט און מען טוט, לערן איר אויס, בוי איר אויף.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "ואינה כורתת ברית אלא למי שעשאה כלי", די ווייב ווערט איינס מיטן מאן וואס מאכט איר א כלי; א מאן וואס בויט אויף די ווייב, האט רחמנות אויף איר - וועט זי דיר ווערן געטריי, זי וועט דיר אלעס טון.


קלאפ דיין מויל, רעד נישט פון יענע מעשה, וואס ווייסטו וואס מענטשן ליידן אין לעבן מיט שווערע ביטערע מחלות? וואס ווייסטו וואס דו קומסט אפ מיט דעם אלעם?! מוהרא"ש האט אונז דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט אמאל איינגעדרימלט און זיך גע'חלומ'ט ווי ער איז אויבן אין הימל און מען פירט אים אריבער די טירן פון גיהנום, עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און ער האט אנגעהויבן שרייען: "געוואלד! ראטעוועט! טראגט מיר אוועק פון דא!" ביז עס איז געקומען צו פליען א מלאך און אים געפרעגט: "זושא, וואס שרייסטו?" האט ער געענטפערט: "איך ציטער און איך שרעק זיך פון די ביטערע שטראפן וואס קומען פאר דא אויבן אין גיהנום", האט אים דער מלאך געזאגט: "ניין זושא, דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א ווייב גענענדל, דו קומסט אלעס אפ אונטן".


מוהרא"ש פלעגט דערציילן וואס דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא פלעגט ליידן פון זיין ווייב גענענדל; זי פלעגט שרייען אויף אים, ווען זי איז געווארן ברוגז האט זי אים געזידלט און געזאגט: "דו ביסט דער ערגסטער מענטש אויף דער וועלט"; זי האט אים געגעבן צו שפירן ווי ער איז דער ערגסטער, ערגער פון אים איז נישטא.


ווען דער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט זיך דערוועקט פונעם חלום האט ער געזאגט צו זיך: 'הלוואי זאל מיין ווייב גענענדל שרייען נאך אויף מיר; אויב קום איך אפ מיט די צער די עונשים פון גיהנום - איז מיר דאס כדאי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#35 - ווי אזוי בארואיג איך מיין ווייב פון די פחד פאר א שמחה?
רפואה, קינדער, סגולות, פחדים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך זייער געפרייט צו טרעפן דעם ראש ישיבה שליט"א, די ווערטער וואס דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט קלינגט מיר נאך אין די אויערן, "זיי דיך מחזק! אויף יעדן גייט איבער שוועריקייטן".


יעצט צום שאלה, היות מיר גרייטן זיך צו א שמחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בשעה טובה ומצלחת, וויל איך פרעגן צי איז ריכטיג צו נעמען אן "עפידוראל", אדער דארף מען חושש זיין צו וואס געוויסע זאגן אז עס איז דא קליינע פראצענט אז מען קען אפעקטירט ווערן דערפון. איך וויל באטאנען אז זי וויל עס נעמען.


צווייטנס, וואס קען איך טון איר צו בארואיגן פון די פחד וואס זי האט פון די לידה?


דריטנס, אויב ביי מוהרא''ש איז אויך געווען אן ענין אז דער מאן זאל גיין אין מקוה ווען מען הויבט זיך אן גרייטן? פארשטייט זיך אויף א פאל ווען מען קען איר איבערלאזן.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען א תשובה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קדושים, א' דראש חודש אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דער דאקטער איז מציע צו נעמען עפידורעל - קען זי נעמען, זי דארף נישט חושש זיין.


זאג מיט דיין ווייב שמות הצדיקים, דאס וועט אוועקנעמען די פחדים פון די לידה. מיר האבן אלץ געהערט פון מוהרא"ש א סגולה פאר א גרינגע לידה, צו זאגן שמות הצדיקים און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע נעמען פון די צדיקים זאל אלעס אריבערגיין בנקל ובנחת.


בנוגע אויב דער מאן זאל גיין אין מקוה זיך טובל'ן ווען עס הויבט זיך אן די ווייען וכו'; ביי אונז פירט מען זיך צו גיין אין מקוה יעדן אינדערפרי און ווען עס הויבט אן די ווייען לערנט דער מאן לקוטי מוהר"ן חלק ב' סימן ב', די תורה וואס איז מסוגל אויף א גרינגע לידה, און מען זאגט די תפילה פון לקוטי תפילות, און מען זאגט מזמור לתודה ביז מען הערט די מזל טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - דאס לעבן איז מיר שוין נישט ווערד, ווי אזוי גייט מען ווייטער?
התחזקות, שלום בית, רפואה, תפילה והתבודדות, צרות, נסיונות, גט, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גיי זיך גט'ן און דערנאך גיי איך זיך איינשרייבן אין א משוגעים הויז, איך האב שוין נישט קיין כח מער צו לעבן. קיינער דארף מיר נישט דא אויף דער וועלט, און אויך דער אייבערשטער האט מיר נישט ליב, אזוי ווי קיינער האט מיר נישט ליב און אויך מיין ווייב דארף מיר נישט, איך האב שוין נישט קיין כח צו ווארטן אויף איינעם וואס וועט מיך יא ליב האבן.


איך בין אזוי דעפרעסט, איך האב שוין אפילו נישט קיין כח צו מקיים זיין תורה ומצוות. איך מיין אז די בעסטע פאר מיר וועט זיין זיך צו גט'ן און גיין אין משוגעים הויז, דארט וועט מען מיר צושטעלן צו עסן און שלאפן, און אויך א ספר צו לערנען, און מער פון דעם דארף איך נישט. איך דארף מער נישט אז איינער זאל מיך ליב האבן.


איך ווייס נישט פארוואס דער אייבערשטער נעמט מיר נישט צו די נשמה, פארוואס לאזט ער מיר דא לעבן און ליידן אויף דער וועלט? מיט אזעלכע עלטערן, מיט אזא יוגנט, און אזא ווייב, וואס איז די לעבן נאך ווערד? איך בעט נאר איין תפלה צום אייבערשטן, ער זאל מיך אוועקנעמען פון דער וועלט ווי שנעלער, טוב מותי מחיי.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט ליב ווען מען שרייבט אזוי, אבער איך האב אפילו נישט דעם קאפ אויפ'ן פלאץ צו קענען געהעריג אראפשרייבן מיינע געפילן. אפשר וועט דער אייבערשטער יא רחמנות האבן אויף מיר, אדער אפשר בין איך פשוט א כפוי טובה, אפשר בין איך דער גרעסטער רשע אויף דער וועלט, אז מען לאזט מיר שוין אפילו נישט תשובה טון?


איך בין זייער צעבראכן און צעמישט, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן, אויסקלארן, און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס האט פאסירט מיט דיר? פארוואס האסטו זיך אזוי פיינט? אז עס האט זיך נישט אויסגעארבעט דו מיט דיין ווייב - מיינט נישט אז די וועלט איז געענדיגט; אז דו האסט געהאט א שווערע יוגנט - איז די וועלט נאכנישט געענדיגט; ווי עס זעט אויס גייסטו יעצט אריבער א שווערע נסיון, און אויב דו וועסט זיך דערהאלטן - וועסטו דאס אלעס אריבערגיין, עס וועט דיר נאך ליכטיג ווערן.


דו יאגסט זיך צום טויט? דו ווייסט בכלל וואס איז דאס טויט? וואס ווייסטו וואס ווארט אפ דעם מענטש אויבן אין הימל אז דו שרייבסט "טוב מותי" - די טויט איז מיר בעסער! דו ווייסט בכלל וואס טוט זיך אין יענע וועלט אז דו זאגסט "טוב מותי"?! אז מען וועט צאמנעמען אלע צרות פון די וועלט - קומט דאס נישט אן צו איין ברי פון די גיהנום און צו די עונשים קשים ומרים וואס די נשמה גייט אריבער.


דאווען נישט די נישט גוטע תפילה - אז דער אייבערשטער זאל דיר אוועקנעמען פון די וועלט; דאווען א גוטע תפילה, דאווען אז דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט פטור ווערן פון שלעכטס און פון שלעכטע מחשבות.


אז דו שפירסט ווי דיין מח קען נישט דערהייבן אזויפיל - זאלסטו זיך ווענדן צו א דאקטער ער זאל דיר העלפן מיט גוטע מעדעצין; דאס וועט דיר העלפן דו זאלסט זיך קענען שטארקן און צוריק אנגיין מיט דיין סדר היום.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, אים דערציילן דיין גאנצע הארץ, אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר מיום הולדך, פון דיין געבורט, אלעס וואס דו ביסט אריבער; שמועס אויס יעדע זאך בפרטי פרטיות, דערצייל אים וועגן דיינע עלטערן, דערצייל אים וועגן דיין ווייב, דערצייל אים וועגן דיינע אייגענע מחשבות און בלבולים, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר העלפן.


ווער עס פאלגט די עצה פון רבי'ן, ער מאכט התבודדות, ער דערציילט זיינע ווייטאגן פאר'ן אייבערשטן, ער שמועסט אויס זיין הארץ צום אייבערשטן - דער קען אריבערגיין אלע שווערע צייטן, מען ווערט נישט אויס, מען באקומט שטארקע נערווען צו קענען אסאך פארנעמען, אויך ווערט מען אן ערליכער איד און א צדיק, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - קען מען זיין פרייליך פורים, אפילו אן טרינקען וויין?
שלום בית, שמחות, תהלים, רפואה, תפילות אויף אידיש, אמונה, שמחה, משניות, פורים, עלטערע יארן, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן זיין אזוי גרייט צו העלפן יעדן איד. איך זע אין די בריוון אז דער ראש ישיבה איז גרייט אזוי סאך צו העלפן און ליינען יעדנ'ס שאלות, איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי דער ראש ישיבה זאל אפילו אניאגן אזויפיל צו ליינען יעדע בריוו מיט אזא גרינטליכקייט, אזוי ווי איך זע אז דער ראש ישיבה געדענקט און ווייסט אלעס וואס מען שיקט.


די מעשה איז אזוי, ווען איך טרינק אסאך וויין באקום איך שטארקע בויך ווייטאג און שלשול, קומט אויס אז אום פורים טרינק איך נאר אביסל וויין און איך ווער נישט שיכור, דערפאר איז פורים מיין ערגסטע טאג אין יאר, ממש פשוטו כמשמעו, ווייל איך ווייס נישט ווי זיך אהין צו טון במשך דעם טאג, איך בין מרה שחורה.


אז איך גיי צו מיין שווער שפיר זיך נישט אין פלאץ, יעדער שיכור'ט און רעדט און שרייט הויך און טאנצט און איך בין צו נארמאל, און אלע פרויען מיין שוויגער און קינדער קוקן צו, און איך בין דער נאר וואס קלעבט נישט אריין צו די פארברענג. ווידער ביי מיין טאטע זיץ איך כאטש אין די זייט און איך שעם זיך אביסל, אבער די גאנצע פורים איז מיר א קבלת יסורים, עס איז מיר גארנישט ווערט דער טאג, איך גיי א גאנצן טאג ארום מיט מיין ווייב און קינדער מען וואונטש זיך א גוטן פורים און דערנאך ווען עס ווערט שפעטער נאכמיטאג הויבט זיך אן דאס טרינקען און מען גייט צו א סעדוה וואו איך זיץ אויף נאדלעך פאר דריי פיר שעה.


דאס מאכט מיר זייער דעפרעסט, אפילו ווען איך טראכט נאר פון פורים, מיין ווייב האלט מיר אין איין פרעגן וואו מיר זאלן גיין פורים פאר די סעודה, איך קען איר נישט ענטפערן ווייל די גאנצע זאך איז מיר איין שטיק מרה שחורה.


ביטע האט רחמנות אויף מיר און געבט מיר א גוטע עצה וואס צו טון מיט דעם פורים.


יישר כח פאר די חיות און שמחה און תשובה און תורה ותפלה און אלוקות וואס איך באקום דורך די שיעורים און ניגונים און בריוו.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון זאלסטו נישט טרינקען מער ווי איין גלעזל; עס איז א קלארע הלכה, דער רמ"א פסק'נט (אורח חיים סימן תרצה, סעיף ב) מען זאל טרינקען מער וויפיל מען איז געוואוינט צו טרינקען; איינער וואס טרינקט נישט קיין וויין א גאנץ יאר קען מקיים זיין די מצוה מיט איין גלעזל, דער רמ"א פירט אויס: "וְאֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם", סיי דער וואס טרינקט אסאך וויין, און סיי דער וואס טרינקט ווייניג וויין - דער עיקר זאל מען אינזין האבן צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן; דעריבער אז דו טרונקסט נישט קיין וויין א גאנץ יאר, עס איז דיר שווער צו טרינקען, דו ווערסט קראנק - זאלסטו נאר טרינקען אביסל.


שנית, דאס וואס דו שפירסט זיך פורים ביי דיין שווער אויסגעשפילט, דו ביסט דער איינציגסטער וואס טרינקט נישט, דו ביסט דער נאַר פון די משפחה, אלע זענען שיכור וכו', דו שפירסט ווי מען קוקט אויף דיר; ערשטנס, קיינער קוקט נישט אויף דיר, מען קוקט אויף די שיכורים, די פרויען זענען דערשראקן, יעדער איז דערשראקן פון זייער מאן, מען קוקט בכלל נישט אויף דיר, אלע וואלטן געוואלט זייער מאן זאל זיין אזוי ווי דיר, זיצן רואיג און זיין נארמאל; ואם תאמר מען קוקט יא אויף דיר, וואס גייט דיר אן ווי אזוי מען קוקט אויף דיר? א מענטש דארף זיך אזוי צוקלעבן צום אייבערשטן, עס זאל אים גארנישט אנגיין וואס מענטשן זאגן אויף אים און וואס מען טראכט פון אים, די מח מחשבה זאל זיין באהאפטן נאר צום אייבערשטן.


דורך התבודדות, ווען מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין פון די אלע דמיונות, 'מען קוקט אויף מיר', 'מען זאגט אויף מיר', 'מען רעדט פון מיר', די אלע זאכן זענען איין שטיק דמיון; אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט יעדן טאג צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין פון די זאכן, מען טוט וואס איז ריכטיג, מען טוט דעם רצון השם, און צו די מדריגה קען יעדער איינער זוכה זיין דורך פאלגן דעם רבי'ן; דורך רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן קומט מען אן צו דעם.


אז די סעודה ציט זיך און דו האסט נישט וואס צו טון - זאלסטו נעמען א תהילים און זאגן תהילים; פורים איז אזא הייליגע טאג, מען קען פועל'ן פאר זיך און פאר אנדערע - ישועות און רפואות. זיץ ביים טיש מיט א תהילים און זאג תהילים, אדער זיי זיך מתבודד, רעד צום אייבערשטן. דאס טו איך ווען איך גיי צו א שמחה אדער א מסיבה וכדומה, אנשטאט זיצן שעות און גארנישט טון, נעם איך א תהילים, א משניות און איך בין זיך מתבודד.


איך וועל ענדיגן מיט א מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט אסאך דערציילן, מען האט אמאל געהערט פסח ביינאכט ווי א פשוט'ער איד וויינט ביי די ווערטער: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר?" ער האט עס איבערגעזאגט נאכאמאל און נאכאמאל בשעת ווען עס איז אים גערינען טרערן פון די אויגן, ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער?" האט ער געענטפערט: "איך פארשטיי גארנישט פון די גאנצע הגדה, דא זע איך חכם מה הוא אומר, רשע מה הוא אומר, תם מה הוא אומר, דער חכם זאגט עפעס און דער רשע זאגט עפעס, וואס גייט מיר אן וואס דער חכם זאגט אויף מיר און וואס דער רשע האלט פון מיר? איין זאך גייט מיר אבער יא אן: "תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר?" ער ווייזט מיטן פינגער ארויף אויבן: "וואס זאגט מען אויף מיר אויבן אין הימל (אויף רוסיש זאגט מען 'דארט' – תָּם); דער האלט פון מיר, דער צווייטער האלט נישט פון מיר, איינער זאגט איך בין א בטלן, א צווייטער זאגט איך בין א שלימזל, מען קוקט אויף מיר, מען טראכט איך בין א נאר, איך בין אן אויסגעשפילטער, אבער רבונו של עולם וואס זאגסטו אויף מיר? רבונו של עולם ביי דיר וויל איך נישט זיין אן אויסגעשפילטער, ווייז מיר אביסל ליבשאפט, ווייז מיר אז דו האסט מיר ליב, איך וויל נישט גארנישט - נאר טון דיין ווילן".


די מעשה פלעגט מוהרא"ש אונז זייער אסאך דערציילן, דאס האט אונז געטוישט אונזער מח מחשבה, מיר זאלן אויך וויינען צום אייבערשטן און זאגן: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר? רבונו של עולם וואס זאגסטו אויף מיר? רבונו של עולם וואס זאגט מען אין הימל אויף מיר? איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין דבוק צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - דארף איך האבן לייף אינשורענס?
רפואה, סגולות, מעביר סדרה, אינשורענס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א טאטע פון דריי קינדער, דארף איך האבן לייף אינשורענס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


העלט"ה אינשורענס איז וויכטיג צו האבן, אויך אז מען האט אן אייגענע דירה איז וויכטיג צו מאכן פייער אינשורענס; לייף אינשורענס - פעלט נישט אויס.


די בעסטע לייף אינשורענס איז וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווער עס לערנט די פרשה יעדע וואך, צוויי מאל די חומש און איין מאל תרגום - וועט זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, מענטשן זוכן פון אונטער דער ערד סגולות פאר אריכות ימים, קיינעם פאלט נישט ביי צו טון די סגולה וואס די הייליגע חכמים געבן אונז; עס איז נישט נאר א סגולה, עס איז א מצוה, א חיוב - מדרבנן, און עס ברענגט צו גרויסע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - אז מ'קען נישט עסן מילכיג, איז דאס א געזונט פראבלעם פאר א שידוך?
שידוכים, רפואה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה זאגט אלץ, ווען עס קומט צו שידוכים זאל מען קוקן אויף געזונט.


איך וויל פרעגן, א מיידל וואס האט א פראבלעם מיט מילכיגס, איז דאס א געזונט פראבלעם אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ניין.


אז מען עסט נישט מילכיג, אדער אנדערע עסן - איז דאס נישט קיין פראבלעם.


מען דארף זייער אכטונג געבן זיך נישט וועלן אין די וועלט אריין; מען קוקט אויף געזונט, אויף גוטע מידות און מען טרעפט זיך איינמאל צוויי מאל, מען קוקט אויב איז דא חן און מען פארמאכט די שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#30 - דורך דערמאנען נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע
שמחות, רפואה, קינדער, סגולות, עין הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח אז מיר האבן וועמען צו פרעגן.


מיר ווארטן ברוך ה' אויף א שמחה, און מיין ווייב וויל וויסן אזוי ווי יעצט איז סוף פון די גוי'אישע יאר, און יעצט איז דא צו קויפן זאכן און קליידער פאר ביליגער, אויב מ'זאל איינקויפן פון פאראויס?


אויך האבן מיר געוואלט וויסן וואס מען טוט עפעס סגולות אז אלעס זאל גיין כשורה אויפ'ן בעסטן פארנעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט מען זאל נישט קויפן פון פאראויס וועגן עין הרע.


אויף די צווייטע פראגע, וואס מען טוט וכו'; מוהרא"ש זאגט מען זאל זאגן נעמען פון צדיקים, דאס איז א סגולה פאר א גרינגע לידה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, חלק ב' סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורך דערמאנען נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע, און נאכדעם זאל מען בעטן א תפילה:


"יהי רצון מלפניך עס זאל זיין די ווילן פון דיר טאטע אין הימל, בזכות וואס איך האב געזאגט די נעמען פון די צדיקים וואס האבן זיך זייער גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בזכות זייער תורה, זייער ערליכקייט - העלף מיר איך זאל געבוירן גרינגערהייט א געזונט קינד, אלעס זאל אריבערגיין גרינג. איך בעט דיר הייליגער באשעפער, נעם אוועק פון מיר שלעכטע אויגן, קיינער זאל נישט מאכן קיין עין הרע, נישט אויף מיר און נישט אויף מיינע קינדער, העלף מיר איך זאל האבן ערליכע קינדער, הייליגע קינדער, קינדער וואס וועלן נאר טון דיין ווילן, יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, י"י צורי וגואלי, אמן כן יהי רצון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס מאכט נאס?
חינוך הילדים, רפואה, קינדער, בזיונות, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, מיין זון איז זיבן יאר אלט, און ער מאכט יעדע נאכט נאס, וואס איז די עצה?


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל האבן כח ממשיך צו זיין. דער ראש ישיבה ראטעוועט מיין עתיד אויף די וועלט און יענע וועלט, איך האף איך זאל אייביג בלייבן ביי די שכל און עס געדענקן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זייער אכטונג ער זאל נישט ווערן צעבראכן פון דעם, די געשוויסטער דארפן נישט מיט האלטן, ווייל די זאך פון נאס מאכן גייט אריבער מיט די צייט, ווען מען ווערט עלטער - גייט דאס אוועק; אבער די אנדערע זאך, די זאך פון ווערן פארשעמט און צעקלאפט - דאס איז א זאך וואס בלייבט דעם גאנצן לעבן, עס מאכט חרוב דעם עתיד.


ווערט נישט פארלוירן אז ער דערוועקט זיך נישט, עס איז א זאך וואס פאסירט ביי אסאך קינדער. איך האב דאס געהאט ביי מיינע קינדער, איך האב זיי מחזק געווען זיי זאלן בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, און תפילה העלפט, תפילה טוישט די טבע, תפילה איז די שטערקסטע זאך; מען דארף נאר האבן סבלנות, מען דארף בעטן און ווארטן, און בעטן און ווארטן - ביז מען זעט די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - יישר כח פאר די עצה צו דאנקען דעם אייבערשטן
חינוך הילדים, רפואה, חנוכה, ניגונים, תודה והודאה, מוזיק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט זאגן יישר כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און א יישר כח פאר'ן אייבערשטן, פאר די נס וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט מיר.


בערך א יאר צוריק האט דער ראש ישיבה מיר געגעבן א ברכה אז די סערייעסעס און הויט פראבלעמען זאלן אוועקגיין, און דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט צו לייגן אויל פון די חנוכה ליכט און דאנקען דעם אייבערשטן.


איך דאנק יעצט דעם אייבערשטן אז ס'איז אוועקגעגאנגען און איך האב יעצט ברוך ה' פשוט קלארע הויט; ס'איז בכלל נישט אזוי פשוט, ס'איז אזא מתנה פונעם אייבערשטן, יישר כח פאר'ן מתפלל זיין פאר מיר, און יישר כח ראש ישיבה פאר די גוטע עצה פון דאנקען דעם אייבערשטן, די לעבן ווערט אזוי אנדערש ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעס גוטס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט א רפואה, די זאך איז אוועק, איר זענט געזונט און שטארק; א יישר כח פאר'ן שרייבן די גוטע נייעס, נישט אלע קומען צוריק דערציילן ווען זיי זעען די ישועה.


זייט ווייטער ממשיך מיט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, טאנצט מיט די קינדער ניגוני אמונה; עס איז זייער וויכטיג פאר קינדער צו טאנצן מיט זיי, זינגען מיט זיי.


מוהרא"ש זאגט, א אידישע שטוב דארף האבן א גוטע ספיקער, עס זאל זיך הערן נאר פרייליכקייט, לעבעדיגע מוזיק.


פארשטייט זיך, מען דארף אכטונג געבן וואס פאר א ניגונים מען הערט. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ג) ניגונים פון רשעים שאדט פאר עבודת השם; היינט איז א צעמישעניש פון זינגערס, די אלע זינגערס וואס היטן נישט תורה ומצוות זיי זינגען אין לשון הקודש, אבער עס איז טמא ומטמא השם ירחם, עס איז דא אזויפיל ערליכע זינגערס וואס זינגען ניגוני אמונה ובטחון, דאס דארף מען אנצינדן פאר קינדער.

#27 - זאל מיין ווייב נעמען א באגלייטערן בשעת שמחה?
שלום בית, רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר ווארטן אויף א שמחה למזל טוב בשעה טובה ומצלחת, איך האב געוואלט פרעגן אויב מיין ווייב זאל נעמען א פרוי, א באגלייטערן, וואס זאל איר ארויסהעלפן אין לויף פון די צייט, אויסלערנען וואס זי דארף וויסן, און איר שטיין צו די האנט און מחזק זיין.


אויך וויל איך פרעגן אויב זי זאל נעמען אן עפידארעל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דיין ווייב וויל האבן א פרוי זאל איר שטיין צו די האנט וכו' - זאלסטו איר דאס געבן, טו אלעס אין דער וועלט זי זאל זיין רואיג.


אויב די זאך קומט פון דיר, דו טראכסט אז עס וועט זיין גרינגער זי זאל האבן א פרוי וואס וועט רעדן צו איר וכו' - דעמאלט פעלט נישט אויס, א שאד די געלט, א שאד די צייט; מען דארף גארנישט וויסן צו האבן א קינד, א קינד קומט פונעם אייבערשטן, די פרויען וואס רעדן און זענען מסביר איז אלעס דמיונות.


בנוגע נעמען עפידארעל; אוודאי זאל זי נעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#26 - קען איך נעמען די קאראנע וואקסין?
אומאן, רפואה, ראש השנה, וואקסינען, קאראנע וויירוס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יעצט איז ארויסגעקומען די נייעס אז אוקריינע האט אנגעהויבן פארלאנגען אז אויב וויל מען אריינקומען ביי זיי אין לאנד דארף מען האבן גענומען די קאראנע וואקסין. אדער דארף מען זיך דארט זיך איינשפארן פאר 10 טאג.


איך וויל זייער שטארק פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה אין אומאן, אבער איך האב זייער מורא צום נעמען דעם וואקסין, מענטשן שרעקן אן אז ס'קען מאכן אסאך פראבלעמען, ס'קען שאטן צו האבן קינדער, און נאך. פון די אנדערע זייט זעט מיר אבער אויס אז אן די וואקסין וועל איך נישט קענען זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה.


איך בין זייער צעמישט און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ענטפערן וואס צו טון, אדער אויב איך קען נעמען דעם וואקסין און דער ראש ישיבה זאל מיר אנוואונטשן אז ס'זאל נישט שאטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט נישט מורא האבן צו נעמען די וואקסין; קענסט עס נעמען, עס שאט נישט פאר'ן מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#25 - מיין ווייב איז געטשעפעט געווארן אלס מיידל, וואס טוט מען יעצט?
שלום בית, קדושה, רפואה, סבלנות, מנוולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך זייער באדאנקען אויף די אלע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט.


איך ווייס נישט וואס צו זאגן, איך האב זייער א שווער לעבן אינדערהיים, און נאר די שיעורים געבן מיר כח צו קענען אנגיין אין לעבן.


איך וויל פרעגן דער ראש ישיבה, איך ווייס נישט וואס צו טון, מיין ווייב האט מיר יעצט דערציילט אז זי איז געפאלן א קרבן אלס מיידל פאר איר זיידע, ער האט געטון מיט איר עבירות, מיר זענען שוין חתונה געהאט לאנגע יארן, ערשט יעצט האט זי מיר דערציילט די מעשה, און איך בין זייער פארלוירן, איך הער נישט אויף צו וויינען, איך ווייס ממש נישט וואס צו טון, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה זאגן וואס צו טון, וואס טו איך?


איך ווייס אפילו נישט ווי אזוי צו שרייבן געהעריג די שאלה, דער ראש ישיבה זאל שוין אליינס פארשטיין וואס איך גיי אריבער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ביסט נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם, ליידער ליידער הער איך דאס יעדן צווייטן טאג; אינגעלייט ווערן אויפגעטרייסלט ווען יארן נאך זייער חתונה ווערן זיי געוואר די שרעקליכע פאסירונג וואס האט פאסירט מיט זייער ווייב אין די יוגענט. עס ווערט זיי פארענטפערט שווערע פראגעס וכו', עס איז שוין פארשטענדליך פארוואס זי וויל נישט לעבן כדרך כל הארץ, זי וויל נישט לעבן אינאיינעם רחמנא לצלן; נאך לאנגע יארן טערעפי, נאך לאנגע יארן גיין צו וועם נאר נישט, וואס קיינער האט נישט קיין פתרון - ווערט עס יעצט פארענטפערט.


איך ווייס אז עס איז דיר יעצט געפאלן א באמבע; דו שפירסט זיך אזוי פארלוירן, דו ווייסט נישט וואס צו טון; דאך בעט איך דיר זייער זאלסט זיך נישט פארלירן. עס איז נישט עק וועלט, דער אייבערשטער איז זייער גרויס, פון יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אז דו קענסט פאררעכטן; דאס גייט אן ביי אלע אופנים, פון יעדע פראבלעם קען מען ארויסגיין.


די ערשטע זאך זאלסטו אנהייבן קוקן אויף דיין ווייב מיט רחמנות; קוק נישט אויף איר אזוי ווי דו האסט געקוקט ביז אהער, אז זי וויל נישט וכו', - ווייל זי וויל יא לעבן, זי וואלט ווען געוואלט זיין ווי אלעמען, זיין א געזונטע פרוי און לעבן וכו', אבער זי קען נישט, זי איז נישט געזונט; אז מען גייט אריבער וואס זי איז אריבער אלס קינד - קען מען נישט לעבן א געזונטע לעבן וכו'. טראכט נישט ווי אזוי דו פלעגסט טראכטן ביז אהער, אז זי איז נישט קיין נארמאלע פרוי וכו'; ווייל זי איז נעבעך געפאלן א קרבן פאר איר זיידע, זי איז נעבעך א גרויסע רחמנות, זי איז נישט שולדיג.


פארליר זיך נישט, ווער נישט ווילד; דאס אומרואיגקייט מאכט מען זאל נישט קענען ארויסגיין פונעם פראבלעם, ווייל אז מען איז אריין אין א צרה קען מען ארויסגיין פון די צרה; נאר דאס פארלוירנקייט און שרעק - לאזט נישט טרעפן די וועג ארויס.


מען זעט אמאל א קינד שטעקט אריין זיין קאפ אדער האנט צווישן צוויי אייזענעס און עס בלייבט דארט שטעקן, עס גייט נישט ארויס; דאס קינד שרייט: "ראטעוועט! איך בין שטעקן געבליבן צווישן די אייזן!" ווי מער נערוועז און דערשראקן דאס קינד איז - אלץ שווערער איז צו טרעפן די וועג ארויס; ביז עס קומט א רואיגער הצלה מאן, ער נעמט אוועק די שרעק, דעמאלט קען מען ארויסנעמען די קאפ אדער האנט; וואס דאס זאגט דאך דער שכל, אז די קאפ איז אריין דארף עס קענען ארויסגיין, אז די האנט איז אריין דארף עס קענען ארויסגיין, נאר וואס דען? וויבאלד דער מענטש ווערט פארלוירן, ער הייבט אן שלעפן, ער הייבט אן ווערן אומרואיג - דאס מאכט אז מען זאל נישט קענען ארויסגיין פון די צרה.


איז יעצט דאס וויכטיגסטע זאך איר אויפבויען, זי זאל צוריק באקומען א זיכערקייט אין זיך אליינס; ווייל ווען מען קומט אן אין די הענט פון א מניוול, ווער רעדט נאך ווען דער מניוול איז אין די משפחה; א זיידע, א פעטער וכו' - פארלירט מען דאס זעלבסטזיכערקייט, מען פארלירט אלעס. דאס באגלייט דעם מענטש אין זיין לעבן, עס לאזט נישט דעם מענטש גיין ווייטער, דעריבער זאלסטו איר אויפבויען.


עס וועט נישט גיין אין א קורצע צייט, עס וועט נעמען א לאנגע צייט; אויפבויען נעמט לאנגע יארן, זיכער ווען דער מענטש איז במשך לאנגע יארן צעבראכן און צעשאסן, איז זיכער אז דאס גייט נישט אין איין מינוט, אבער מיט סבלנות קומט מען אן. דו זאלסט איר געבן גוטע ווערטער, זאלסט איר שטענדיג הייבן, וועט זי ארויסגיין פון די פלאנטער, זי וועט ווערן געזונט און שטארק.


פארגעס נישט פון די עצה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט, די עצה פון התבודדות, די עצה פון רעדן צום אייבערשטן; רעדן צו אים אין די אייגענע שפראך, אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטער פריינט. זוך דיר א שטילע פלאץ, א ווינקל; דארט זאלסטו גיין טאג נאך טאג, דערצייל דעם אייבערשטן ווי דו מוטשעסט זיך, דערצייל אים די צער און ווייטאג פון דיין ווייב, ווי זי איז נעבעך גע'הרג'עט געווארן דורך איר זיידע דער מניוול רחמנא לצלן און יעצט קען זי נישט לעבן וכו', דערצייל דעם אייבערשטן ווי צעבראכן זי איז און ווי פארלוירן דו ביסט, וויין צו אים, נאר דאס וועט דיר העלפן; נישטא קיין אנדערע עצה, נאר די עצה פון תפילה. בעט דעם אייבערשטן פאר איר זי זאל קענען פארגעסן איר עבר, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר געבן חכמה, בינה און דעת דו זאלסט וויסן ווי אזוי איר צו היילן, ווי אזוי איר צו הייבן, ווי אזוי איר אויפבויען.


תפילה איז דער לעזונג פאר יעדע פראבלעם, תפילה איז די שטערקסטע געווער; נישטא א זאך אויף די וועלט וואס מען זאל נישט קענען פועל'ן מיט תפילה. תפילה לייזט אויס דעם מענטש פון גלות, עס לייזט אים אויס פון אלע זיינע פראבלעמען. מיט תפילה וועט משיח אייננעמען די וועלט; ער וועט נישט שיסן קיין פאלווער, ער וועט נישט מלחמה האלטן מיט קיין באמבעס, דער רבי האט געזאגט: "משיח וועט אייננעמען די וועלט מיט התבודדות ותפילה", און מיט דעם נעמט דער הייליגער רבי איין די וועלט.


רעד נישט פון די מעשה מיט קיינעם; דער זיידע לעבט שוין נישט, וואס וועסטו אויפטון אז דו וועסט ארום גיין רעדן פון די מעשה? דו וועסט נאר פארשעמען דיין ווייב, אלע וועלן רעדן אונטער איר רוקן. טו וואס שטייט אין דעם בריוו, בוי איר אויף, רעד שיין צו איר.


דער עיקר זאלסטו איר פארשטיין; אז דו וועסט אריינטראכטן איר צער, איר ווייטאג - וועסטו דאס נישט אויסהאלטן, עס וועט דיר מער וויי טון איר צער ווי דיין צער וכו'; דעמאלט ווען זי וועט שפירן ווי דו מיינסט איר, דו שוינסט איר, וועט זי צוביסליך ווערן נענטער צו דיר וכו' וכו'.


געדענק, דער רבי האט געשריגן: "זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאן!" (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - מוז איך טאקע טון די גאנצע ארבעט אין שטוב?
שלום בית, רפואה, אידישע שטוב, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה זאגט מ'זאל גיין הפצה, איך קען עס אבער נישט באווייזן, איך ווייס נישט וואס צו טון, עס באדערט מיר אזוי שטארק; איך ארבעט זיבן שעה, דערנאך מוז איך ארבעטן זעקס שעה א טאג אינדערהיים, איך מוז רוב זאכן טון, אויב איך בין נישט אינדערהיים ווערט גארנישט געטון.


איך וויין ווען איך שרייב, ווייל עס טוט מיר אזוי וויי, מיין ווייב האט קיינמאל נישט קיין כח, און ווען איך קום אהיים פון מעריב זעט די הויז אויס די זעלבע אזוי ווי איך האב דאס איבערגעלאזט; וואס איך טו - ווערט געטון און וואס איך טו נישט - ווערט נישט געטון, איך דארף טוישן די קינדער, צאמנעמען די הויז, מאכן עסן, אפרוימען, און איך האב אפילו מורא איר צו פרעגן אויב איך קען גיין הפצה, ווייל זי קען זיך נישט אן עצה געבן אן מיר.


דער ראש ישיבה זאגט מען זאל טון אזוי ווי ר' אברהם ב"ר נחמן, גיין הפצה און נאכדעם מאכן גוט פילן, אהיימברענגען א גוטע זאך וכו', און אלעס וועט זיין בשלום; איך ווייס אבער נישט ווי אזוי מען טוט דאס, אפשר קען דער ראש ישיבה מיר מער זאגן ווי אזוי מען געבט כח פאר די ווייב?


וואס קען איך טון אז מיין ווייב זאל האבן כח צו קענען טון זאכן אפילו ווען איך בין נישט אינדערהיים?


איך בעט דער ראש ישיבה זאל מיר העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא צייט פאר אלעס, אויב מען וויל טאקע טון הפצה – איז דא צייט פאר דעם אויך.


בנוגע העלפן אין שטוב; מוהרא"ש זאגט, וואס פאר א פרוי נעמט אפאר שעה – נעמט פאר'ן מאן אפאר מינוט. א מאן קען אין צען פופצן מינוט צאמנעמען די שטוב עס זאל זיין ריין. עס דארף דיר נישט נעמען זעקס שעה צו רייניגן די שטוב; איך ווייס נישט וואס דו שרייבסט אז דו דארפסט ארבעטן נאך זעקס שעה אין שטוב.


נישטא אזא זאך אין די וועלט צו דארפן ארבעטן זעקס שעה צו רייניגן די שטוב; עס זעט אויס פון דיינע ווערטער אז דו ביסט בעצבות און מרה שחורה, דאס מאכט די ארבעט שטייט, ווען מען איז דעפרעסט קען מען גארנישט טון, יעדע קלייניקייט זעט אויס ווי א בארג ארבעט, מען האט נישט קיין כח צו גארנישט.


איך בעט דיר זייער זאלסט ארבעטן אויף זיין פרייליך; אז דו וועסט זיין פרייליך וועט זיך אלעס איבערדרייען, דו וועסט נישט דארפן קיין זעקס שעה ארבעט אין שטוב, עס וועט דיר נעמען א קורצע צייט אלעס זאל ווערן מסודר.


אויך וועסטו קענען היילן דיין ווייב תחי'; אז דו ביסט נישט פרייליך, ווי אזוי ווילסטו זי זאל זיין פרייליך? אז דו האסט נישט קיין כח ווי אזוי ווילסטו אז זי זאל האבן כח? אז דו וועסט זיין פרייליך, וועסטו האבן כח איר פרייליך צו מאכן, זי וועט שוין האבן כח אינאיינעם מיט דיר צו מסדר זיין די שטוב.


שמחה איז די שליסל צו הצלחה, שמחה איז א רפואה פאר אלע קראנקהייטן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "כָּל הַחוֹלַאַת", אלע מחלות, "עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת", קומען דורך דעפרעסיע, "וְהַשִֹֹּמְחָה הוּא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", זיין פרייליך איז א רפואה פאר אלעס.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת קכט.) רבא איז אוועק געפארן פון שטוב קיין פומבדותא לערנען תורה, "בְּרַתֵּיהּ דְּרַב חִסְדָּא טָבְלָה בְּגוֹ תְּלָתִין יוֹמִין שֶׁא בִּפְנֵי בַּעְלָהּ וְאִצְטְנִיאַתְּ, דעמאלט איז זיין ווייב, זי איז געווען רב חסדא'ס טאכטער – קראנק געווארן, זי האט זיך זייער פארקילט, "וְאַמְטוּי לְעַרְסָה בַּתְרֵיהּ דְּרָבָא לְפוּמְבַּדִיתָא", האט מען איר גענומען מיט איר בעט קיין פומבדיתא צו איר מאן רבא און זי איז געווארן אויסגעהיילט; זאגט די גמרא, אז ביי א פרוי, ווען די מאן איז מיט איר – איז זי געזונט. דאס טייטשט, דו קענסט אויסהיילן דיין ווייב, דו קענסט איר ברענגען צו אירע כוחות. אויב דו וועסט איר פרייליך מאכן, דו וועסט איר אויפבויען, דו וועסט איר געבן אסאך גוטע ווערטער און האפענונג – וועט זי צוריק קומען צו אירע כוחות, זי וועט קענען מסדר זיין די שטוב און זי וועט קאכן וכדומה, און דו וועסט קענען גיין אביסל הפצה, מזכה זיין אידישע קינדער.


ווילאנג זי דארף דיר אין שטוב זאלסטו אלעס לייגן אין די זייט און איר העלפן. די גרעסטע הפצה וועט זיין אז דו וועסט אויפבויען דיין ווייב, דו וועסט אינוועסטירן ביי דיר אין שטוב; אלע וועלן זען ווי אזוי א ברסלב'ער חסיד פירט זיך.


אז דו וועסט מקיים זיין וואס שטייט אין דעם בריוו, וועסטו זען ווי סאך צייט דו וועסט האבן פאר אלעס, און אויך וועט דיין ווייב האבן א גאנצע רפואה.


 

#23 - מעג איך נעמען א פרוי צו מאכן מיט מיר פיזיקל טערעפי?
צניעות, קדושה, רפואה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב צובראכן מיין האנט, געלויבט דעם אייבערשטן אז עס היילט זיך שוין אויס, איך דארף אבער גיין יעצט צו פיזיקל טערעפי צו קענען אנהויבן צוריק זיך באנוצן מיט דעם האנט.


מיין שאלה איז, איך קען האבן קומענדיגע וואך א פרוי וואס וועט מאכן מיט מיר די פיזיקל טערעפי, אדער דארף איך ווארטן נאך א וואך פאר א מאן; וואס זאגט דער ראש ישיבה שליט"א, זאל איך ווארטן א וואך, אדער עס פעלט נישט אויס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווארט נאך א וואך צו האבן די טערעפי דורך א מאן; עס לוינט זיך צו ווארטן צו האבן א מאן אלס א טערעפיסט, דו וועסט מער הנאה האבן, דו וועסט זיך איינשפארן קאפ וויי.


רבי נתן דערציילט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיד): "איך בין אמאל געווען ביים רבי'ן, איך האב פארשטאנען אז דער רבי וויל מיר עפעס זאגן, ער וויל עפעס מגלה זיין אבער עס איז שווער פאר'ן רבי'ן דאס צו מגלה זיין, אזוי ווי עס איז שטעדיג געווען ביים רבי'ן, ווען דער רבי האט געוואלט עפעס מגלה זיין איז דאס געווען זייער שווער, איך בין געגאנגען מיט'ן רבי'ן, פלוצלונג רופט זיך דער רבי אן: 'סֶע הָאט אַ פָּנִים אַז מֶע מוּז זִיךְ פוּן אַ הִרְהוּר זֵייעֶר הִיטְן'; איך האב פארשטאנען פון רבי'ן, פון די תנועות וואס דער רבי האט געמאכט, ווי ווייט מען איז פוגם מיט איין שלעכטע הרהור, 'שֶׁפּוֹגֵם מְאֹד מְאֹד, רַחֲמָנָא לִצְלָן, וְאִי אֶפְשָׁר לְצַיֵּר זֹאת בִּכְתָב'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א שנעלע רפואה.

#22 - זאל איך מאכן אן אפעראציע צו פארלירן וואג?
רפואה, איבערוואג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לייד פון הויך צוקער און הויך קאלעסטעראל, און דאס קומט פון זיין שטארק איבערוואג. אין די פארגאנגענהייט האב איך שוין פרובירט אויף אסאך וועגן צו פארלירן וואג, כ'האב אויך געצאלט אסאך געלט אויף דעם, אבער ס'האט זיך גארנישט געהאלטן.


די דאקטוירים האלטן אז מ'זאל מיר מאכן אן אפעראציע צו פארקלענערן דעם מאגן, א "סליוו", און איך טראכט אז דאס וועט מיר יא העלפן.


איך וויל וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען פלעגט פרעגן מוהרא"ש אויב מען זאל מאכן די סליוו פלעגט מוהרא"ש נישט צורעדן צו דעם, מוהרא"ש האט געהאלטן אז ווילאנג מען קען אויסמיידן דעם מעסער - זאל מען דאס אויסמיידן און זיכער נישט גיין לכתחילה זיך שניידן. מוהרא"ש זאגט אז מיט א שטארקע ווילן קען מען אפפאלן פונט אן זיך שניידן, מיט א שטארקע רצון קען מען דאס באווייזן.


אבער אז די דאקטורים זאגן אז עס איז א סכנה צו בלייבן אזוי, בפרט אז דו ליידסט פון הויך צוקער, וואס דאס איז זייער א גרויסע סכנה, און זיי זאגן דו זאלסט זיך סליוון - זאלסטו גיין צו גאר א גרויסער דאקטער, און דער אייבערשטער זאל דיך היטן דו זאלסט זיין געזונט און שטארק.


בעט דעם אייבערשטן; תפילה איז זייער שטארק, מיט תפילה קען מען אלעס טוישן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - ווי אזוי קענען מיר געהאלפן ווערן מיט קינדער?
רפואה, סבלנות, קינדער, צדיקים, סגולות, צדקה, מנהיגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט די שיעורים כמעט יעדן טאג שוין פאר אסאך יארן, און ס'איז נישטא די ווערטער זיך צו באדאנקען פאר די פילע חיזוק וואס דאס געבט פאר טאג טעגליכן לעבן, מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל עפעס פרעגן, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען בארואיגן די געפילן. מיר ווארטן שוין זייער לאנג געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, מיר האבן שוין געטון גאר אסאך פעולות, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, געהאלפן צו ווערן, אבער דערווייל האבן מיר ליידער נאכנישט מצליח געווען.


אין די לעצטע שטיק צייט האבן מיר באקומען זייער שטארקע הבטחות פון צוויי גרויסע צדיקים און גדולים, אז מיר וועלן זיכער געהאלפן ווערן, און צום סוף האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, מיין שאלה איז ווי אזוי ס'קען זיין אז א גרויסער צדיק זאל ממש צוזאגן אז איך וועל געהאלפן ווערן, נישט מיט א ברכה נאר מיט אן הבטחה, און צום סוף זאל עס נישט מקוים ווערן?


איך בין חס ושלום נישט מזלזל אין קיינעם, איך רעד זיך נישט אפ, איך וויל נאר פארשטיין ווי אזוי דאס קען פאסירן, און איך דארף חיזוק זיך צוזאם צו נעמען די כוחות, און ווייטער גלייבן אין די גדולי הדור.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס נישט ווער זענען די גדולים, ווער זענען די צדיקים; מען קען גוט אויספאפן מענטשן. עס זענען דא מענטשן וואס ארבעטן אויף אנדערע, זיי פאפן אויס, זיי זאגן אז זיי זענען גרויסע צדיקים, זיי זעען זאכן וואס טוט זיך אין הימל ווען זיי ווייסן נישט פון זייער לעבן צו זאגן, זיי ארבעטן צו בא'גנב'נען מענטשן, נעבעך, אומשולדיגע מענטשן ווערן פארנארט דורך זיי.


שטארקט זיך, ווערט נישט מיואש, בעטס דעם אייבערשטן מיט רחמנות ער זאל אייך געבן קינדער; טוט וואס חנה, די מאמע פון שמואל הנביא - האט געטון, זי האט געבעטן דעם אייבערשטן, זי האט גע'טענה'ט מיט'ן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (שמואל-א א, יב): "וְהָיָה כִּי הִרְבְּתָה לְהִתְפַּלֵּל לִפְנֵי ה'", חנה האט אסאך געדאווענט צום אייבערשטן פאר קינדער ביז זי איז געהאלפן געווארן, זאגן אויף דעם די הייליגע חכמים (ירושלמי ברכות ד, א): "שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה בִּתְפִלָּה נֶעֱנֶה"; פון דא זעט מען אז דורכדעם וואס מען דאווענט און מען בעט אסאך דעם אייבערשטן - ווערט מען געהאלפן.


מאכט אייך א פושקע און יעדן טאג זאלט איר אריינלייגן פינף הונדערט צוויי און ניינציג פרוטות (אין דאלער איז דאס כמעט זעקס דאלער און אין שקל איז דאס כמעט זעקס שקל) און בעטן: "הייליגער באשעפער, תן לי בנים, געב מיר קינדער", ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות צדקה חלק ב', סימן יד; תפלה חלק ב', סימן ט): "יֵשׁ תְּפִלּוֹת", עס זענען דא תפילות, "שֶׁאֵינָם נִתְקַבְּלִים לְמַעְלָה", וואס ווערט נישט אנגענומען אויבן, "אֶלָּא עַד שֶׁנּוֹתְנִים כָּל כָּךְ מָעוֹת לִצְדָקָה", נאר ביז מען געבט אזויפיל געלט פאר צדקה, "כְּפִי מִסְּפַּר הָאוֹתִיּוֹת שֶׁל הַתְּפִלָּה הַשַּׁיָּךְ לְזֶה הַדָּבָר", אזויפיל ווי עס באטרעפט די צאל פון די תפילה, "לְמָשָׁל", דער רבי געבט א משל, "כְּשֶׁמִּתְפַּלֵּל אֵלּוּ הַתֵּבוֹת: 'תֵּן לִי בָּנִים'", ווען מען בעט, געב מיר קינדער, "צָרִיךְ לִתֵּן צְדָקָה", דארף מען געבן פאר צדקה, "כְּמִסְפַּר אוֹתִיּוֹת 'תֵּן לִי בָּנִים'", וויפיל עס באטרעפט די צאל פון 'געב מיר קינדער'; און די געלט זאלט איר געבן פאר ארעמעלייט, ווייל דער רבי זאגט (שם, בנים סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם", וואס זאל א מענטש טון, "וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", אז ער זאל האבן קינדער? "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", ער זאל געבן געלט פאר ארעמעלייט, "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", און ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב.


איך האב שוין געזען ביי אנשי שלומינו וואס האבן דאס געטון; אנשטאט אויסגעבן געלט פאר דאקטורים וואס קענען סיי ווי נישט העלפן, האבן זיי געהאט א צדקה פושקע אין שטוב און יעדעס מאל געגעבן די סכום פרוטות פאר צדקה. זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן מיט א תמימות און א פשיטות, זיי האבן געהאלטן די פרוטות מיט ביידע הענט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות צדקה, סימן כז; תפלה, סימן מה): "עַל יְדֵי צְדָקָה בִּשְׁתֵּי יָדַיִם", ווען מען געבט צדקה מיט ביידע הענט, "תְּפִלָּתוֹ נִשְׁמַעַת", ווערט אנגענומען די תפילה; און דערביי געבעטן דעם אייבערשטן 'תֵּן לִי בָּנִים', זיי האבן געגעבן די געלט פאר ארעמעלייט און זיי האבן קינדער שלא על פי דרך הטבע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - זאל איך זיך היילן מיט נאטירליכע מיטלען?
רפואה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב מען מעג גיין צו אזעלכע מענטשן וואס היילן דורך פארשידענע נאטירליכע ענערדזשי מיטלען. דא אין ארץ ישראל איז באוואוסט א זאך וואס הייסט "מח אחד", מען טאפט די מאסעלס בשעת מען פרעגט דעם פאציענט זאכן וועגן אים, און דער היילער שפירט ווי אזוי די מאסעלס רעאגירן.


איך ווייס פון א צווייטן וואס היילט מיט די הענט, ער זאגט אבער כסדר אז אלעס איז פון אייבערשטן, ער איז נאר א שליח. ער קען זאגן גלייך וואס די מחלה איז, און דער שורש דערפון.


נאך א מיטל איז דא מיט'ן נאמען "באך פלאהער רעמעדיעס", מען לייגט נעבן דעם גוף וויטאמינען, הערבס, אדער מעדיצינען, און מען פילט צי עס איז גוט פאר דעם מענטש.


און אזוי ווייטער איז דא נאך פארשידענע סארט אזעלכע מיטלען צו היילן. וויל איך וויסן אזוי ווי עס זענען דא רבנים וואס זאגן אז דאס איז כישוף, און אנדערע זאגן אז עס איז נישט קיין פראבלעם, וויל איך וויסן צי מען מעג גיין צו זיי זיך צו היילן פון א פיזישע קרענק אדער א נפשיות'דיגע קרענק. איך ווייס פון מענטשן וואס טענה'ן אז זיי זענען אויסגעהיילט פון קראנקהייטן דורך די סארט זאכן.


וואס האלט דער ראש ישיבה שליט"א וועגן דעם?


 


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די אלע זאכן זענען נארישקייטן; א שאד זיך נאריש מאכן מיט די אלע זאכן, א שאד די צייט און א שאד די געלט.


אידישע קינדער האבן די הייליגע תורה, די תורה איז אונזער וועג ווייזער; די אלע נייע זאכן, חדשים מקרוב באו - דאס איז נישט דער וועג פון די תורה, דאס איז אלעס דמיונות און חלומות.


לאז זיך אפ פון די זאכן; גיי אין די וועגן פון די צדיקים, אין די פיס טריט פון די הייליגע צדיקים פון אלע דורות. אז מען האט געהאט א ספק ווי אזוי זיך צו פירן האט מען געבעטן דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ויקרא רבה ל, ג): "בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ שֶׁאֵין לָהֶם לֹא מֶלֶךְ וְלֹא נָבִיא, לֹא כֹהֵן וְלֹא אוּרִים וְתֻמִּים, וְאֵין לָהֶם אֶלָּא תְּפִלָּה זוֹ בִּלְבָד", אין אונזערע דורות ווען מיר זענען אין גלות, אן קיין קעניג, אן קיין נביא, אן קיין כהן גדול און אן קיין אורים ותומים, "אָמַר דָּוִד לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", האט דוד המלך געבעטן דעם אייבערשטן פאר אונז, "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַל תִּבְזֶה אֶת תְּפִלָּתָם", רבונו של עולם נעם אן זייערע תפילות.


מאך זיך שיעורים אין די הייליגע תורה; מאך זיך א שיעור אין מקרא, משנה, גמרא און מדרש - וועסטו זען ווי אזוי זיך צו פירן, די תורה וועט דיר העלפן אין יעדע פרט.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג נאכזאגן פונעם חזון איש זכותו יגן עלינו, מען האט אים געפרעגט צי היינט איז דא די אורים ותומים, האט ער געענטפערט: "מיין אורים ותומים איז דער שולחן ערוך; ווען איך דארף וויסן ווי אזוי זיך צו פירן קוק איך אין שלחן ערוך".


די אלע זאכן זענען פוסטע נארישקייטן.


וואויל איז דעם וואס נארט זיך נישט, ער הערט נישט אויס די אלע חזיונות, חלומות און דמיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - ווי אזוי בארואיגט מען די נערווען?
רפואה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, משניות, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך נעם מעדעצינען ווייל איך לייד אויפ'ן נפש, אפאר וואכן צוריק האב איך אנגעהויבן מאכן שטארק התבודדות אויף דעם, און און איך האב באקומען דערפון זייער א גוטע געפיל וואס איך האב שוין נישט געהאט פאר יארן לאנג, פיל מער פון אלע מיינע מעדעצינען.


די לעצטע צוויי וואכן בין איך געווארן אביסל שוואכער מיט די התבודדות, און איך בין געווארן צוריק מער דעפרעסט, נעכטן ביינאכט אויפ'ן וועג אהיים פון שול האב איך געמאכט התבודדות, און היינט אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען מיט א געוואלדיגע גוטע געפיל.


יישר כח ראש ישיבה אויף די שיעורים וואס געבן מיר אטעם און יישר כח אז דער ראש ישיבה ברענגט מיר צו עולם הזה און צו עולם הבא.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אלע נערוון קומט פון חסרון אמונה. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס ליידן מחלות בלויז ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן נעבעך. זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן אסאך מעשיות ווי בחורים און אינגעלייט זענען ארויסגעקראכן פון די אלע זאכן, עד כדי כך זיי זענען אראפ פון מעדעצין - דורכדעם וואס זיי האבן גענומען דעם רבינ'ס עצה זייער ערנסט, זיי האבן זיך געשטארקט אין די צוויי נקודות, איינס אין התבודדות ותפילה, זיי האבן אסאך גערעדט צום אייבערשטן; צווייטנס, זיי האבן גענומען ערנסט דעם סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), זיי האבן געלערנט יעדן טאג אסאך פרקים משניות און אסאך בלעטער גמרא - אפילו אן פארשטיין, זיי האבן געזאגט און געזאגט בלי הבנה כלל ביז זיי זענען אויסגעהיילט געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - ווען מעג א פרוי גיין אויף קברי צדיקים?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קברי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער א פרוי אין ספעציעלע אומשטענדען, אויב זי מעג גיין צו א ציון פון א צדיק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען פירט זיך אז פרויען זאלן נישט גיין אין א בית החיים; אבער גיין צו א ציון פון א צדיק איז עפעס אנדערש.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, אות יט), איידער דער רבי איז געבוירן געווארן, דורכאויס די אלע חדשים פלעגט דער רבי'ס מאמע - פיגא די נביאה גיין צום ציון פון בעל שם טוב זכותו יגן עלינו; זי פלעגט דארט וויינען זייער אסאך, זי האט מתפלל געווען אז די קינד וואס זי ווארט זאל זיין א גרויסער צדיק, זי פלעגט זיין ביים ציון לאנגע שעות, זי האט דארט מיחד געווען יחודים און זי האט טאקע זוכה געווען צו האבן א קינד א צדיק, דער הייליגער רבי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - וואס טוט מען מיט א קליין קינד וואס רעדט נישט געהעריג?
רפואה, קינדער, תפילה והתבודדות, נסים, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר דארפן אן עצה און א ברכה פאר אונזער דריי יעריג קינד, ער זאל קענען רעדן געהעריג. ער קען ברוך ה' זאגן ווערטער, אבער ער קען נישט צוזאמשטעלן קיין זאצן.


מיר ווילן אים יעצט נעמען צו איינעם וואס קען העלפן קינדער מיט די פראבלעמען, און מיר דארפן א ברכה און אן עצה ווי אזוי צו גיין ווייטער מיט דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט אכטונג נישט אריינצוגיין אין א לחץ און זיכער נישט לייגן לחץ אויפ'ן קינד; צוביסליך וועט ער רעדן בעסער און בעסער, דער עיקר זאלט איר אכטונג געבן נישט האבן קיין פרעשור פון דעם.


בעטס דעם אייבערשטן אויף דעם וועט איר זען גרויסע ניסים. מיר געפונען אין די תורה, משה רבינו האט נישט געוואלט גיין צו פרעה ווייל ער האט נישט געקענט גוט רעדן, האט אים דער אייבערשטער געזאגט (שמות ד, יא): "מִי שָׂם פֶּה לָאָדָם", ווער האט באשאפן די מויל צו רעדן? "אוֹ מִי יָשׂוּם אִלֵּם אוֹ חֵרֵשׁ אוֹ פִקֵּחַ אוֹ עִוֵּר", ווער מאכט דעם מענטש שטום אדער טויב אדער בלינד? "הֲלֹא אָנֹכִי ה'", נאר איך דער אייבערשטער; אז איר וועט בעטן דעם אייבערשטן וועט איר זען גרויסע ניסים.


פארלירט אייך נישט, ברענגט אריין שמחה אין שטוב; טאנצט און שפרינגט מיט די קינדער, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, וועט איר זען גרויסע ניסים.

#16 - איך מוטשע זיך מיט אזויפיל פראבלעמען, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?
ישועות, שלום בית, חינוך הילדים, רפואה, סבלנות, צרות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א ווייב וואס איז גייסטיש קראנק, זי איז שוין געווען אין שפיטאל אן א שיעור מאל. יעצט איז ברוך ה' שוין בעסער, ס'איז אבער נאכאלץ א זאך וואס מ'מוז לעבן דערמיט, זי נעמט שווערע מעדעצינען.


איך האב נישט קיין געהעריגע פרנסה, אדער בעסער געזאגט איך האב נישט קיין סימן ברכה אין די ביסל געלט וואס איך ברענג יא אריין, יעדע וואך בלי שום גוזמא דארף איך צוקומען צו יענעם פאר אפאר דאלאר.


מיין אינגל איז חוצפה'דיג וכו', דער מנהל פון ענגליש זאגט אז ער דארף נעמען מעדעצינען.


די היינטיגע טערעפיסטן און מחנכים באשולדיגן די עלטערן פאר אלעס וואס גייט נישט כשורה מיט די קינדער, ווען איך בין אויפגעוואקסן זענען די קינדער געווען די באשולדיגטע, היינט זאגט מען אונז צו געבן מער ליבשאפט וכו', אבער וואס מיר פרובירן אלץ צו טון איז נישט גענוג, איך בין אויך א מענטש און איך האב די דאגות פון מיין ווייב און פון פרנסה.


איך האב אסאך מער וואס צו שרייבן. אבער איך האב נישט קיין כח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיין הארץ גייט אויס פאר דיר ווי שטארקט דו מוטשעסט זיך מיט דיין ווייב, מיט דיין פרנסה און מיט חינוך הבנים. איין זאך בעט איך דיר זייער, האב נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, זיי שטארק מיט אמונה אינעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; א מענטש וואס עס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך - אים האט דער אייבערשטער ליב.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן; וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, פונעם אייבערשטן גייט נישט ארויס קיין שלעכטס. אז עס איז דיר אזוי שלעכט און אזוי ביטער זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", ווי אזוי איז מען זיך מבטל? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן - דאס איז ביטול", דאס הייסט, מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען טראכט נישט קעגן די אמונה; דאס זענען די לימודים וואס דער רבי לערנט מיט אונז.


זוך דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; דאנק דעם אייבערשטן אויף דאס גוטס, לויב אים אז דיין ווייב איז שוין אביסל בעסער, זי איז שוין אין שטוב. דאנק אים אויף דאס ביסל פרנסה וואס דו האסט; מיט'ן דאנקען דעם אייבערשטן וועסטו זיך מאכן א כלי לקבל, דו וועסט באקומען נאך מער פרנסה.


אנטלויף נישט, ווארט אויס אויף די ישועה, אז דו וועסט האבן געדולד, דו וועסט אויסווארטן אויף די ישועה - וועסטו זען גרויסע ניסים. דער רבי האט דערציילט (כוכבי אור, סיפורים נפלאים) עס איז געווען א גוי וואס האט זיך געדריידט מיט ארעמעלייט און ער האט געהערט ווי די אידן שמועסן צווישן זיך אז נאך אביסל קומט שוין דער יום טוב פסח, האט ער זיך אינטערעסירט וואס איז דאס פסח? האט מען אים דערציילט ווי שיין דער יום טוב איז, מען פראוועט א סדר און אלע אידן, אפילו ארעמעלייט - עסן א רייכע סעודה; מען זיצט ביים טיש ווי קעניגן, מען עסט און מען טרינקט און מען איז פרייליך. די ארעמעלייט האבן אים געזאגט אז עס לוינט זיך צו פאסטן אפאר טעג פאר יום טוב כדי מען זאל זיין גוט הונגעריג צום סדר. דער גוי האט געטראכט צו זיך: 'איך מוז דאס אויספרובירן, איך וועל מיך פארשטעלן ווי א איד און איך וועל גיין צו א סדר, איך וויל כאטש איינמאל אין לעבן האבן א גוטע סעודה'. למעשה האט מען אים נישט דערציילט אז מען הייבט נישט אן מיט 'שלחן עורך', נאר קודם זאגט מען די הגדה און מען עסט א שטיקל גרינצייג ווייניגער ווי א כזית, און נאכדעם מוציא מצה און מרור וכו' וכו'; פסח ביינאכט האט זיך דער גוי איינגעלאדנט ביי א איד צו זיין ביים סדר, און ער זיצט ביים סדר און ער ווארט און ווארט צו עסן די שיינע סעודה, ווען עס איז געקומען צו מרור און ער איז שוין געווען זייער הונגעריג, האט ער געטראכט אז מען האט אים דא זיכער אויסגעשפילט, ווייל ער ווארט אזוי לאנג אויף די סעודה און מען דריידט ארום מיט אים, האט ער זיך אויפגערעגט און אנטלאפן.


שפעטער ווען ער האט געטראפן זיינע חברים האט ער זיי דערציילט די גאנצע מעשה, אז מען האט אים געלאזט אויסהונגערן, ביז מען האט אריין געברענגט א שארפע עסן וכו' וכו', האבן זיי אים געזאגט: "א שאד אז דו ביסט אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען אויס נאך אביסל וואלסטו געהאט א הערליכע סעודה".


דערפאר בעט איך דיר, זאלסט נישט אויסקוקן ווי דער גוי וואס איז אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווארט און האב געדולד, אנטלויף נישט מיט'ן ביטערן טעם אין מויל, ווארט אויס אויף דיין ישועה.


בנוגע דיין זון; מען קען יעדן קינד אנקוקן ווי א מחוצף און מען קען יעדן מחוצף אנקוקן ווי א טייער קינד, אז דו קענסט זיך קוים דערהאלטן - וואס ערווארסטו פון דיין זון? ער איז יונג, ער האט ווייניגער כח זיך צו קענען דערהאלטן אין אזעלכע שווערע מצבים, אז דער טאטע וועט זיין שטארק, דער טאטע וועט זיין פרייליך - וועט דער זון אויך זיין פרייליך און שטארק, ער וועט פאלגן און זיין א וואויל קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - זאל איך זיך איינגעבן אוועקצוגעבן א ניר?
רפואה, חסד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל זיך איינשרייבן און טעסטן אוועקצוגעבן א ניר.


איך בין יעצט זייער אנגעווארעמט אוועק צו געבן א ניר, איינער פון מיין משפחה האט לעצטנס געהאט די זכי' צו געבן א ניר פאר א צווייטן, האב איך אנגעהויבן טראכטן דערפון.


אויך ווייס איך פון איינעם וואס האט לעצטנס באקומען א ניר נאכ'ן ווארטן דערויף אפאר יאר.


איך בין זייער איבערגענומען פון דעם אז דער אייבערשטער האט באשאפן א מענטש מיט צוויי נירן און מ'קען אוועק געבן איינס און געבן פאר א מענטש די מתנה פון לעבן.


אוודאי פרוביר איך צו געבן עכטע לעבן פאר מענטשן דורכ'ן עוסק זיין אין הפצה, פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים און עצות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איינער פרעגט דיין שאלה פון מוהרא"ש (שאלות ותשובות ברסלב חלק יט, מכתב ב' תיח): "רציתי לדעת את דעתכם בעניין תרומות כליה למישהו אחר", איך וויל וויסן וואס מוהרא"ש האלט איבער אוועק געבן א ניר פאר א צווייטן, "האם כששומעים שיש חולה מחולי ישראל הנצרך להשתלת כליה יש חובה לתרום לו", ווען מען הערט אז איד דארף א ניר איז דא א חיוב אוועק צו געבן א ניר, "או שזה רק ענין של צדקה והדבר תלוי ברצונו של האדם", אדער דאס איז אן ענין פון צדקה און נאר אויב מען וויל קען מען דאס טון? "אשמח מאוד למענה מהצדיק", איך וועל זיך זייער פרייען צו הערן וואס מוהרא"ש האלט.


און מוהרא"ש ענטפערט: "אדם צריך מאד מאד לשמור על הבריאות שלו", מען דארף זיך זייער היטן מען זאל זיין געזונט, "והוא לא מחויב בכלל לתת את הכליה שלו לאחר", עס איז נישטא קיין שום חיוב מען זאל אוועק געבן א ניר פאר א צווייטן, "רק אם הוא רוצה, וכמובן לאח או לאחות, אבל זה רק בתורת רצון, ולא מוכרח", אויב מען וויל אוועק געבן פאר א נאנטן אין די משפחה, א ברודער אדער שוועסטער - דעמאלט קען מען דאס טון, נאר אז מען וויל, "הקדוש ברוך הוא ישלח רפואה שלימה לכל חולי ישראל, ושלא יצטרכו עם ישראל זה לזה", דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידן זאלן זיין געזונט און שטארק, מען זאל נישט דארפן צוקומען איינער צום צווייטן, "ויהיו כולם בריאים בנפשם ובשכלם", אלע זאלן זיין געזונט און שטארק.


פון דעם בריוו זעט מען אז מוהרא"ש האט געהאלטן מען זאל דאס נישט טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - איך ווער זייער איבערגעשטרענגט פון לערנען אזויפיל, וואס קען איך טון?
רפואה, לימוד התורה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אסאך מאל ווען איך לערן א גאנצן טאג, האב איך מער נישט קיין כח, און דאס מאכט מיר אין א שלעכטע גוסטע.


וואס קען איך טון דערצו? זאל איך לערנען אביסל ווייניגער, אפילו אויב איך וועל נישט אנקומען צו אלע שיעורים? אדער זאל איך אנשטרענגען צו זיין פרייליך אפילו ווען קען זיך קוים רירן?


דאס איז מיר וויכטיג אויך פאר מיין שלום בית.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער וויכטיג דו זאלסט אריין קוקן וואס דער רבי זאגט אין שיחות הר"ן (סימן כז), אז א מענטש דארף זייער אכטונג געבן נישט צו נעמען אויף זיך צי סאך, ווייל אז מען נעמט אויף זיך צופיל קען מען נאכדעם אלעס אפלאזן.


נעם נישט אויף זיך צי סאך שיעורים ווייל נאכדעם וועסטו אלעס אפלאזן; א מענטש דארף זיך קענען, מען דארף וויסן ביז וויפיל מען קען לערנען. לערנען דארף פרייליך מאכן דעם מענטש, עס דארף זעטיגן דעם מענטש, אויב ווערט מען אין א שלעכטע גוסטע פון לערנען קען זיין אז עס איז צופיל.


זע צו עסן גוט און שלאפן גענוג און אויך אביסל לערנען און דאווענען; געב אכטונג אויף דיין געזונט נישט איבעררייסן דעם שטריק. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א קליינע לאך אינעם גוף איז א גרויסער לאך אין די נשמה"; ווייל ווען מען איז נישט געזונט, מען איז נישט פרייליך - קען מען נאכדעם אינגאנצן אראפפאלן. אזוי אויך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות תשובה, סימן פד): "תִּקוּן הַגוּף קוֹדֶם תִּקוּן הַנֶפֶשׁ", א מענטש דארף אכטונג געבן קודם אז זיין גוף זאל זיין רואיג און נישט איבערגעשטרענגט, נאכדעם זאל ער אכטונג געבן אויף זיין נפש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#13 - זאל איך גיין זיך אונטערזוכן אויב איך האב די קאראנע וויירוס?
סיפורי צדיקים, רפואה, שמחה, קאראנע וויירוס, פחדים, נייעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה אויף די שיינע שיעורים.


איך געפין זיך יעצט אינדערהיים אפגעזינדערט, מיט אלע סימנים פון די קאראנע וויירוס, און איך וויל וויסן אויב איך זאל גיין מאכן א טעסט [בדיקה] אויב איך האב טאקע די קאראנע. אויך דארף איך חיזוק אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די עצה ארויס צו קריכן פון די מחלה קורונה וירוס און פון אלע מחלות איז נאר דורך זיך שטארקן צו זיין פרייליך און האפן צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט. ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


א פרייליכער מענטש דריידט זיך ארויס פון קורונה און פון אלע מחלות; שלמה המלך זאגט (משלי יח, יד): "רוּחַ אִישׁ יְכַלְכֵּל מַחֲלֵהוּ", א מענטש וואס זיין מצב רוח איז גוט, ער איז גוט-מוטיג - קען זיך שטארקן אויף זיין מחלה, "וְרוּחַ נְכֵאָה - מִי יִשָּׂאֶנָּה", און איינער מיט א צעבראכענע גייסט קען נישט אריבערטראגן די קראנקהייט, דאס צעבראכנקייט מאכט אים פאלן השם ישמרינו.


דעריבער זאלסטו זיך נישט לאזן צעברעכן; גיי נישט צו קיין דאקטורים, זיי קענען נישט העלפן. זיי זאגן קלאר 'מיר ווייסן נישט וואס דאס איז, ווי אזוי מען באגייט זיך מיט דעם'; אלע זענען מודה אז דער אייבערשטער - ער אליינס פירט די וועלט און קיינער אנדערש. מאך נישט קיין שום טעסט, עס העלפט נישט און עס איז נישט מעלה און נישט מוריד, וועסטו זען אז ביז א קורצע צייט וועסטו זיין געזונט און שטארק.


אויך בעט איך דיר זאלסט נישט אויסהערן די נייעס; די נייעס ווארפט א פחד און א שרעק, מען טאר נישט הערן קיין נייעס. א רחמנות אויף די וואס זענען איינגעטונקען אין נייעס, די קענען ממש נישט לעבן; די פחד פון די נייעס - דאס אליינס איז ערגער פון די גאנצע מחלה קורונה, מער מענטשן זענען נפטר געווארן פון די פחד און בהלה ווי פון די קורונה אליינס.


אזוי ווי דער הייליגער בן איש חי זכותו יגן עלינו ברענגט א מעשה פלא (בן יהוידע בבא קמא, דף ס מדפי הגמרא) וואס האט פאסירט, אמאל איז געווען א שווערע עפידעמיע, עס איז געווען א מגיפה, א מחלה מיט'ן נאמען קוליר"ע. פאר די מחלה האט זיך פארשפרייט האט איינער געטראפן דעם משחית וואס איז געווען געשטעלט אריין צו ברענגען די קרענק, ער האט געפרעגט דעם משחית וויפיל מענטשן ער גייט הרג'נען דורך די קרענק קוליר"ע, האט ער געזאגט: "פינף טויזנט מענטשן", למעשה זענען גע'הרג'עט געווארן פופצן טויזנט נפשות דורך די מחלה קוליר"ע, שפעטער האט מען געפרעגט דעם משחית: "פארוואס זאגסטו ליגנט? האסט געזאגט אז דו גייסט הרג'נען מיט די קוליר"ע פינף טויזנט מענטשן, למעשה האסטו גע'הרג'ט פופצן טויזנט מענטשן?" האט דער משחית געענטפערט: "איך האב נאר גע'הרג'ט מיט מיין שווערד קוליר"ע פינף טויזנט מענטשן, די איבעריגע צען טויזנט זענען געשטארבן פון שרעק און פאניק"; זעט מען אז די שרעק און פאניק איז ערגער פון די מחלה זעלבסט.


שטארק זיך, דער אייבערשטער וועט דיר געבן א רפואה שלימה.