בעזהשי"ת
יום ה' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשע"ז לפ"ק
לכבוד יואל נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִי כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צו צוקומען - איז צו אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן אינטערעסאנטע מחלות, און זיי ליידן דאס נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם, און דער רבי זאגט ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט נישט קיין רפואות, און עס העלפט נישט קיין תפילה, און אויך נישט זכות אבות.
דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.
ווייל ווען א מענטש האט למשל קאפ וויי, נעמט נעמט ער טיילענאל וכו', אזוי אויך ווען א מענטש האט אן אנדערע מחלה השם ישמרינו, גייט מען צום דאקטער און מען נעמט מעדעצין. אזוי אויך א מענטש וואס האט אינערליכע יסורים, ער האט דמיונות וכו', דארף מען נעמען מעדעצין פאר זיינע יסורי הנפש, אבער וויסן זאלסטו אז די רפואות היילט נישט אויס דעם מענטש, דאס טוט נאר בארואיגן דעם מענטש וכו', און די איינציגסטע רפואה פאר די שלעכטע מחשבות, און פאר דעפרעסיע וכו', איז אמונה. און ווי מער א מענטש חזר'ט זיך איין די אמונה - ער חזר'ט איין ביי זיך: 'קיינער קען מיר גארנישט טון, נאר דער אייבערשטער, און ער היט מיר פון אלע צרות, און פון שלעכטע מענטשן', ווערט ער מער און מער רואיג און צופרידן.
דאס וואס איך רעד ביי די שיעורים אנקעגן טערעפי וכו', מיין איך נישט אז מען זאל נישט קיין צו קיין דאקטורים, נאר איך רעד פון דעם וואס מענטשן שמאכטן נעבעך אפ ביי טערעפיסטן וואס זיי קענען זיך אליינס נישט העלפן, די טערעפיסטן האלטן די מענטשן ביי זיך א גאנץ לעבן, און מען מאלט וואסער א גאנץ לעבן וכו' וכו'; אנשטאט צו רעדן צו א בשר ודם וואס קען דיר נישט העלפן, ער קען דיר נאר אויסהערן, און דיר הייסן נאכאמאל צוריק צו קומען, וואס אזוי האט ער פרנסה, אנשטאט דעם גיי צום אייבערשטן, און רעדט זיך אויס פאר אים, און בעט אים ער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט זוכה זיין צו זיין פרייליך, און פון קיינעם נישט מורא האבן.
וויסן זאלסטו אז ווי מער א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה פשוטה - ער חזר'ט זיך איין: 'קיינער קען מיר גארנישט טון, אלעס איז דער אייבערשטער', אלץ מער ווערט מען פרייליך און מען ווערט רואיג.
זייער אסאך מענטשן ליידן פון פחדים און דמיונות, וואס מען רודפ'ט זיך אליין; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקנ): א מענטש קען זיך זיצן ביי זיך אין שטוב, און טראכט אויס א מעשה מיט א צווייטן וואס איז קיינמאל נישט געשען; ער רודפ'ט זיך אליין.
עס איז געווען א מענטש וואס האט געדארפט האבן א האק, ער האט געוואלט אויפאקערן ביי זיך די ערד; טראכט ער צו זיך: 'ווי קען איך שאפן אן האק?' און ער כאפט זיך אז זיין שכן האט א נייע האק, ער וועט אים בעטן צו ער קען אים עס בארגן. אזוי טראכטנדיג הייבט ער אן אויס צו טראכטן אז דער שכן וועט אים דאך עס זיכער נישט וועלן בארגן, אזוי איז ער אריין אין נאך דמיונות, ער הייבט אן צו קאכן און זיך אויפעסן: 'פארוואס איז ער אזא שלעכטער, וואס גייט אים אן מיר צו בארגן זיין האק?!' ביז ער איז געווארן אזוי בכעס, אז ער איז אריינגעלאפן צום שכן, און ער הייבט אן צו שרייען אויף אים: "האלט דיר דיין האק, מוחל טובות, האק דיר אפ דיין קאפ מיט דיין האק!" דער שכן קוקט אויף אים, און פרעגט אים: "ר' איד, וואס שרייט איר אזוי, וואס האט פאסירט, מיט וואס קען איך אייך העלפן?" דער שכן קומט דאך פון זיינע דמיונות וכו', שרייט ער צוריק: "מאך דיר נישט אזוי בא'טעמ'ט, 'מיט וואס קענסטו מיר העלפן' פרעגסטו? איך בעט דיר א גאנצע נאכט דיין האק, וואס ביסטו אזא שלעכטער, וואס גייט דיר אן מיר עס צו בארגן?!"
דאס איז א מעשה וואס פאסירט טאג טעגליך ביי מענטשן; מען זיצט אין שטוב און מען טראכט זיך אויס א מעשה וואס איז בלויז א דמיון. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה) אז דער יצר הרע האט זיבן נעמען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.), אבער היינט - זאגט דער רבי – דארף מען אים געבן א נייעם נאמען: "כח המדמה", ווייל ער מאכט א מענטש זאל טראכטן שלעכטס, ער ברענגט אריין אין א מענטש שלעכטע מחשבות כאילו דער אייבערשטער איז ברוגז אויף אים, און ער דארף אים נישט; נאכדעם, אז מען האט נישט קיין אמונה, הייבט מען אן צו ווערן א נצרך לבריות, מען הייבט אן טראכטן קיינער דארף מיר נישט וכו', און אלעס קומט פון דמיונות.
דערפאר, אז א מענטש חזר'ט זיך איין די אמונה, ער זינגט זיך שטענדיג אונטער 'אלעס איז דער אייבערשטער', 'קיינער קען מיר גארנישט טון', 'קיינער קען מיר נישט שלעכטס טון, און אויך נישט גוטס טון', אזא מענטש איז אלעמאל פרייליך.
דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן סד): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען די קינדער זיי זאלן האבן דרך ארץ און גוטע מידות פון ווען זיי זענען נאך יונג; מען דארף אויסלערנען פאר קינדער זיי זאלן אכטונג געבן נישט וויי צו טון א צווייטן מענטש, און ווען זיי זעען ווי קינדער לאזן נישט שפילן אנדערע קינדער, און זיי גרויסן זיך אויף אנדערע קינדער, מיט אזעלכע קינדער זאלן זיי נישט מיט שפילן וכו', אזוי וואקסן זיי אויף געזונט, און זיי וועלן האבן די סימינים פון א איד, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות עט.), אז די אידן האבן דריי סימנים: "רַחֲמָנִים, בַּיְישָׁנִין, וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים".
זיער אסאך עלטערן זאגן: "די קינדער זענען נאך יונג, מען דארף זיי נאך נישט מחנך זיין"; דאס איז א גרויסער טעות, ווייל קינדער - ווען זיי זענען נאך יונג דעמאלט דארף מען זיי מחנך זיין, ווייל דעמאלט הערן זיי אויס, און אזוי וועלן זיי אויס וואקסן ערליכע קינדער, מה שאין כן, אויב מען לאזט זיי אלעס טון ווען זיי זענען יונג און מען איז זיי נישט מחנך, דעמאלט ווען זיי ווערן עלטער וועלן זיי זיכער נישט אויסהערן טאטע מאמע, און זיי וועלן זיין ווידערשפעניגערס.
וויסן זאלסטו אז קינדער - ווען זיי זענען שוין עלטער, קען מען שוין נישט רעדן צו זיי, נאר ווי יונגער זיי זענען אלץ מער הערן זיי אויס; שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂךְ שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ, וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר", ווער עס האט ליב זיין קינד, זאגט אים מוסר, און ווער עס זאגט נישט קיין מוסר, איז א סימן אז ער האט פיינט זיין קינד; זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (שמות רבה א, א) אז ווען א מענטש איז נישט מחנך זיין קינד ווייל ער שוינט אים זאל ער וויסן אז צום סוף וועט ער אראפגיין פון אידישן וועג, אזוי ווי מיר זען ביי אברהם אבינו, וואס ער האט געזען ווי ישמעאל קומט אהיים מיט געטשקעס, און שפילט זיך מיט דעם, האט אים אברהם אבינו גארנישט געזאגט, ווייל ער האט אים געשוינט, ביז ער האט אים געדארפט פארטרייבן פון שטוב.
אזוי אויך געפונען מיר ביי עשו הרשע, וואס עס שטייט (בראשית כה, כח): "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו כִּי צַיִד בְּפִיו", יצחק האט ליב געהאט עשו, און ער האט אים גארנישט געזאגט, צום סוף איז ער ארויס לתרבות רעה.
דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויס לערנען דרך ארץ".
דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסטו האבן נחת פון אלע דיינע קינדער, און דו זאלסט זיין געזונט און שטארק.