לכבוד הראש ישיבה שליט"א,
איך וויל וויסן וואס איר האלט וועגען די קראנקהייט מה שקורין "adhd" בלע"ז, אויב מען זאל נעמען מעדעצין פאר דעם אויב א דאקטער זאגט מ'זאל נעמען?
אויך וויל איך וויסן אויב מען זאל נעמען "אנטיי דעפרעסענס" ווען דער דאקטער זאגט מען אז מ'זאל עס נעמען?
און די דריטע שאלה; ווען מען נעמט עס שוין פאר 2 יאר די אנטיי דיפרעסענט מעדעצין, און דער דאקטער זאגט אז מען וועט נאר קענען אראפגיין פון די מעדעצין אויב מען מאכט א סארט "טערעפי" וואס הייסט ,"CBT"דאס איז א געוויסער מהלך, וואס דער רבי זאגט דאס קלאר אין ליקוטי מוהר"ן תורה ע"ב צום סוף אז ווען עס פייניגט פאר א מענטש א מחשבה אז א גוי שטייט פארענט פון אים בשעת'ן דאווענען, זאל ער אפמאכן אז עס גייט אים נישט אן אז דער גוי שטייט דארט, און ער זאל זיך ווייטער ביקן און דאווענען אפילו ווען דער גוי שטייט דארט; און דאס איז פונקט די זעלבע מהלך פון די "CBT"טערעפי. דער רבי זאגט דארט אז די עצה העלפט נאר לפי שעה, און דער עיקר עצה איז זיך צו הייליגן, און אויך צו פרעגן א חכם אויף יעדע זאך.
וויל איך וויסן אויב דאס איז נאר לגבי מחשבות זרות ביים דאווענען וואס מען דארף זיך הייליגן עס זאל אוועקגיין, אדער דאס איז אויך פאר מחשבות פון נערוועזקייט ווי למשל גוט צוצושפארן א טיר ביינאכט, אדער "ענגזייעטי", נישט אויף עבודת השם, צי אויף דעם קען אינגאנצען העלפען CBT אלס א השתדלות מיט'ן בעטן דער אייבערשטן, צי זאל איך גיין?
א גרויסן יישר כח פאר אלעס.
משה
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד משה נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אז דער דאקטער הייסט דיר נעמען מעדעצין - זאלסטו אודאי נעמען; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן א רפואה שלימה.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): "ווען א מענטש ליידט פון שלעכטע מחשבות, די מחשבות פייניגן אים, איז די עצה מען זאל זיך נישט וואוסענדיג מאכן דערפון". דער רבי האט דערציילט (שם): "עס איז געווען א מענטש וואס האט נעבעך געליטן אויף שלעכטע מחשבות, ער האט נישט געקענט דאווענען שמונה עשרה, ווייל זיין שלעכטע מחשבה האט אים געמאכט זיך דאכטן ווי ער זעט א גוי האלט א צלם פארנט פון אים, און ער האט זיך אודאי נישט געוואלט ביקן צום צלם, האט ער זיך געשלאגן מיט זיין מחשבה – דאס אוועק צו שטופן, אבער יעדעס מאל ווען ער האט זיך גע'טענה'ט מיט זיין מחשבה אז דאס איז נאר א דמיון, האט ער עס געזען שטערקער און קלארער, יעדעס מאל ווען ער האט זיך געשלאגן מיט זיין מחשבה האט ער עס געזען שטערקער און שטערקער. דער איד איז ארום געלאפן פרעגן אן עצה, אבער קיינער האט אים נישט געקענט העלפן. ביז ער האט געטראפן א חכם, דער חכם האט אים געזאגט אזוי: "פון היינט אן, יעדעס מאל דו ווילסט זיך ביקן ביי שמונה עשרה און דו זעסט מיט דיין מחשבה ווי דער גוי איז דא מיטן צלם, זאל דיר דאס נישט אנגיין, לאז אים שטיין מיטן צלם, מאך דיר נישט וואוסענדיג פון דעם".
דער עצה איז אבער נישט דוקא ביים דאווענען, דער רבי נעמט בלויז אלץ א ביישפיל שלעכטע מחשבות ביים דאווענען, אבער דאס גייט ארויף אויף יעדע צייט; יעדעס מאל עס קומט אריין שלעכטע מחשבות, טאר מען זיך נישט קריגן מיט די מחשבות, ווייל ווי מער מען קריגט זיך דערמיט, ווערן זיי נאר שטערקער, און מען ליידט מער יסורים דערפון. דער עצה איז, מען זאל זיך נישט וואוסענדיג מאכן פון זיי; למשל, אז מען הייבט אן איבער טראכטן 'אפשר האב איך נישט ארויס געזאגט יעדעס ווארט פון קריאת שמע', וכדומה, דארף מען זיך אליין זאגן: "אמת, איך האב נישט ארויס געזאגט די ווערטער, און עס גייט מיר נישט אן", ווייל אויב מען הייבט זיך אן צו פארענטפערן די בלבולים: 'איך האב יא געזאגט', קומט א מחשבה פארקערט: 'האסט נישט געזאגט', עס גייט אהין און צוריק ביז דער מח פלאצט רחמנא לצלן.
פירט דער רבי דארט אויס: "דאס איז אן עצה נאר אויף יעצט, אבער ווער עס וויל אינגאנצן ארויס קריכן פון די שלעכטע מחשבות, דארף זוכן א צדיק וואס וועט אים אויסרייניגן און אויסוואשן זיין מח, ביז ער וועט פטור ווערן פון אלע שלעכטע מחשבות".
מיין ליבער ברודער, ווען מען נעמט דעם רבינ'ס עצות, מען הייבט אן פאלגן דעם רבי'ן, קריכט מען ארויס פון יעדע איינציגע פראבלעם. דער רבי האט עצות פאר יעדן איינעם, אפילו מענטשן וואס ליידן נעבעך אויף שווערע גייסטישע מחלות, זיי ליידן נעבעך פון שלעכטע מחשבות, אלעס גייט אוועק אויב מען פאלגט דעם רבי'ן.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיך כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צו צוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, זיי ליידן דאס נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם, זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.
ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסערן אייבערשטן, דער אייבערשטער איז "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹך כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַך כְּלָל", לעבט ער א רואיג לעבן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געמאכט א ניגון אויף די ווערטער ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהייב, ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹך כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַך כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם". ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.
וויסן זאלסטו, ווען א מענטש לעבט מיט אמונה ווערט אים שטארק זיינע נערוון, אזוי אויך פארקערט, אויב א מענטש האט נישט קיין שטארקע אמונה, ער שפירט נישט דעם אייבערשטן, ער מיינט אז זאכן פאסירן סתם אזוי אן קיין חשבון, ער מיינט אז עס איז דא טבע מקרה מזל - אזא מענטש לעבט שטענדיג מיט פחדים, מיט שלעכטע מחשבות; מען באשולדיגט זיך כסדר, און פון דעם קומען אלע נערוון קראנקהייטן לא עלינו ולא עליכם. די איינציגסטע רפואה פאר די וואס ליידן אויף די נערוון איז נאר "אמונה".
איך בעט דיר זייער, שטארק דיר מיט אמונה; א גאנצן טאג זאלסטו נאר זינגען ניגונים פון אמונה; היינט איז דא זייער שיינע ניגונים פון אמונה, א גאנצן טאג זאלסטו טאנצן מיט ניגונים פון אמונה, ביז עס וועט ווערן איינגעבאקן אין דיר אז אלעס איז דער אייבערשטער. דעמאלט וועסטו זיך אויפהערן צו באשולדיגן, דו וועסט זיך אויפהערן צו דערנידערן וכו', דו וועסט וויסן אז אלעס אלעס איז דער הייליגער באשעפער, און מען קען זיך נישט געבן קיין ריר אן דעם וואס דער אייבערשטער זאל הייסן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האב הצלחה אין אלע ענינים.