שאלה אין קורצן ענין
#69 - זאל איך זיך לערנען EMT?
רפואה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי ב"ה איך האב געהאט די זכיה צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש, וויל איך פרעגן אזוי ווי ס'איז נישט דא א קביעות'דיגער הצלה מאן אין אונזער שול, אויב ס'איז כדאי אז איך זאל גיין זיך לערנען "אי. עם. טי" [EMT]? און צי ס'פעלט אויס אריינצוגיין און די "חברה הצלה", אדער ס'איז גענוג זיך צו לערנען?


א גרויסן יישר כח פאר'ן מחזק זיין שטענדיג.


בערל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום א' פרשת וזאת הברכה-ב, י"א תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד בערל נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ברסלב, בלאמינגראוו ניו יארק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט זוכה געווען צו עפענען א בית המדרש "היכל הקודש", מחזק צו זיין אידישע קינדער מיט די עצות וואס דער הייליגער רבי לערנט מיט אונז.


בנוגע וואס דו פרעגסט אז עס איז נישט דא אין דיין בית המדרש א "הצלה מאן" צי דו זאלסט זיך גיין לערנען צו קענען ראטעווען מענטשן; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין אן "הצלה מאן", חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לז.): "כָּל הַמְקַיֵּם נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׁרָאֵל, מַעֲלָה עָלָיו הַכָּתוּב, כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא", אז א מענטש ראטעוועט אפילו נאר איין מענטש, רעכענט מען אים אזוי ווי ער האט אויפגעשטעלט א גאנצע וועלט; מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואסערע מסירות נפש די אינגעלייט פון חברה הצלה האבן. אינמיטן זייער ארבעט לויפן זיי ראטעווען א צווייטן, אינמיטן פארברענגען מיט זייער משפחה לאזן זיי אלעס איבער און לויפן העלפן א צווייטן, אינמיטן דער נאכט לויפן זיי ארויס פון בעט צו ראטעווען א צווייטן איד - א איד וועם זיי קענען נישט, און וועלן קיינמאל נישט קענען, זיי טוען דאס נאר פארן אייבערשטנס וועגן. ווען איך טרעף אן "הצלה מאן" טראכט איך: 'יהי חלקי עמו', איך וויל האבן א חלק אין די מצוה וואס ער טוט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה לב:): "כָּל הַמְרַחֵם עַל הַבְּרִיוֹת, בְּיָדוּעַ שֶׁהוּא מִזַּרְעוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ, וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ מְרַחֵם עַל הַבְּרִיּוֹת, בְּיָדוּעַ שֶׁאֵינוֹ מִזַּרְעוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", ווער עס האט רחמנות אויף א צווייטן, איז א סימן אז ער איז א אידיש קינד - ער שטאמט פון אידן, און ווער עס האט נישט רחמנות אויף א צווייטן, איז א סימן אז ער שטאמט נישט פון אידן.


דערפאר איז זייער א גרויסע זאך ווער עס קען זיך לערנען צו ראטעווען א צווייטן, בפרט אז דו זאגסט אז ביי דיר אין בית המדרש איז נישט דא קיין "הצלה מאן", איז זיכער כדאי זיך צו לערנען [אי עם טי] כדי צו קענען ראטעווען א צווייטן איד. (פארשטייט זיך אז נישט יעדער איז געאייגענט פאר דעם; עס איז דא וואס קענען נישט צוזען קיין טראגעדיע ה' ירחם, און ווען זיי זעען נאר אביסל בלוט, חלש'ט ער, און ווען ער קומט אן צו העלפן יענעם ווערט א בחינה פון הבא ללמד ונמצא למד, ער חלש'ט אוועק און מען דארף יעצט דערמונטערן צוויי מענטשן; עס האט שוין פאסירט אסאך אזעלעכע מעשיות, נאר מען דארף זיין א שטארקער מענטש און זיין געמאכט דאס צו קענען באהאנדלען).


אז מען רעדט שוין פון הצלה, דארף מען וויסן אז זיי ווייסן פונקטליך וואס זיי האבן צו טון עס זאל זיין הלכה'דיג אויסגעהאלטן, און מען טאר נישט אריין רעדן אין דעם; נעכטן יום הקדוש פארציילט מיר א הצלה מאן, אז ער איז געלאפן אינמיטן דאווענען ראטעווען א פרוי וואס האט אוועק גע'חלש'ט, ער האט איר דערמינטערט און געגעבן צו טרינקן אזוי ווי די הלכה איז, זאגט ער מיר אז דער מאן איז געשטאנען דארט און געשריגן אויף אים: 'היתכן ער געבט איר אויסצופאסטן מער ווי דער שיעור, מען מעג געבן נאר פחות מכשיעור'. ער האט נישט געוואוסט די הלכה אז איינמאל א מענטש האט גע'חלש'ט איז מַאֲכִילִין אוֹתוֹ עַד שֶׁיָּאִירוּ עֵינָיו (שלחן ערוך אורח חיים, סימן תרי"ח, סעיף ט), דעמאלט דארף מען נישט מצמצם זיין און געבן פחות מכשיעור, דערפאר דארף מען וויסן נישט אריין צו רעדן וכו'.


דער עיקר זאלסטו זען אז ביי דיר אין שול זאל מען זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן; פאר דער הייליגער רבי איז אוועקגעפארן פון ברסלב צו פארן קיין אומאן, און דער בעל עגלה איז שוין געשטאנען אינדרויסן מיט די פערד און וואגן, אויפן וועג ארויס האט דער רבי זיך אפגעשטעלט ביים טיר און געהאלטן די האנט אויפן מזוזה און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן קפז): "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך צוזאמנעמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען מיט כוונה, אפשר וועט איר מיר קענען צוריק ממשיך זיין; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט זייער שטארק געוואלט אז מען זאל זיך האלטן צוזאמען.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#68 - זאל איך מאכן א sleeve אפצופאלן וואג?
רפואה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זאגן א ש'כח פאר'ן ראש ישיבה, זייט איך הער די שיעורים פון די ראש ישיבה האט זיך מיר געעפענט א נייע וועלט ממש.


איך בין א יונגערמאן פון 36 יאר אלט, און איך לייד אויף צוקער און הויך קאלעסטראל. לעצטע מאל איך בין געווען ביים דאקטער האט ער מיר געשיקט פאר א טעסט, און ס'איז צוריקגעקומען אז מיין לעבער ארבעט זייער שוואך.


דער דאקטער האט מיך מציע געווען אז כדאי אויסצומיידן פון דארפן נעמען שטארקע מעדעצינען, דארף איך פארלירן אסאך פונט. אבער למעשה האב איך פרובירט שוין אפאר מאל און ס'איז נישט געגאנגען, ווייל איך האב א פארנומענע סדר היום, און איך האב אסאך סטרעס וואס געבט מיך נישט א געהעריגע וועג זיך צוצושטעלן צו א נארמאלע סדר.


יעצט האט דער דאקטער מציע געווען צו מאכן א sleeve אבער איך האב זייער מורא דערפון, וואס זאל איך טון?


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזהשי"ת


יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ"ב אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט. ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און ווייל מען איז נישט פרייליך.


דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיר און זיי פרייליך; דאנק דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, אפילו דו האסט נישט מיט וואס צו זיין פרייליך, זאלסטו זיך פרייען מיט דעם וואס דו ביסט א איד און נישט קיין גוי. דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן די ברכות השחר הויך אויפן קול, איין טאג האט ער אויסגעלאזט די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צום הייליגן בארדיטשובער רב און געזאגט "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחיה ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, האב איך גלייך געמאכט די ברכה "שלא עשני גוי", און מיט דעם האב איך מיך מחי' געווען"; זעט מען פון דעם אז אסאך מאל קומט דער יצר הרע און מאכט אז דער מענטש זאל ווערן זייער דעפרעסט, און מען קען זיך נישט מחזק זיין מיט גארנישט, דארף מען זיך פרייען מיט דעם אז א גוי בין איך נישט, איך בין א איד!


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען ר' אהרן קובליטשער זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א פרייליכער איד, און איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א שמייכל, אפילו ער איז געווען א עני ואביון סאיז נישט געווען וואס אריין צו נעמען אין מויל ביי אים אין שטוב; זיין ווייב פלעגט אים פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, האסט דאך גארנישט?!" פלעגט ער ענטפערן: "דו גלייבסט אז עס וועט נאך זיין גוט אמאל? נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט, יעצט טאקע האב איך נישט גארנישט, אבער עס וועט נאך זיין זייער גוט, און דעמאלט וועל איך דאך האבן מיט וואס זיך צו פרייען, בארג איך שוין אויס אביסל פון די שמחה פון דעמאלט".


איך ווייס נישט צי דו האסט זוכה געווען צו זען מוהרא"ש זכרונו לברכה. דעם שמייכל פון מוהרא"ש קען איך נישט פארגעסן; שטענדיג איז ער ארום געגאנגען מיט אזא שמייכל, אז מען האט געקענט מיינען אז עס גייט אים מורא'דיג גוט, און ער האט אלעס וכו', וואס ווער עס ווייסט איז די מצב געווען פונקט פארקערט, מוהרא"ש האט נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין זיין לעבן, און ער האט געהאט אויסצושטיין ביטערע יסורים מבית ומבחוץ, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה: "לֹא הָיָה לִי יוֹם אֶחָד טוֹב בְּזֶה הָעוֹלָם - בְּלִי שׁוּם גֻּזְמָא כְּלָל, וּמַמָּשׁ בָּכִיתִי בְּכָל יוֹם וָיוֹם מֵרֹב צַעַר וְעַגְמַת נֶפֶשׁ שֶׁסְבָבוּנִי מִבַּיִת וּמִחוּץ", איך האב נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין מיין לעבן אן קיין גוזמא, איך פלעג וויינען יעדן טאג מיין גאנץ לעבן פון די יסורים וואס איז אויף מיר אריבער - סיי פון אינדרויסן און סיי פון שטוב; מיט דעם אלעם האט מען דאס נישט געקענט אנזען אויף אים פון אינדרויסן, און ווען מוהרא"ש האט געזען אן אינגערמאן אדער א בחור וואס איז נישט פרייליך, פלעגט ער אים פרייליך מאכן; דאס דארפן מיר נאכמאכן און דאס דארף זיין אונזער שטרעבן - צו זיין שטענדיג פרייליך און ארום גיין מיט א שמייכל.


אודאי איז בעסער אז דו זאלסט אכטונג געבן וואס דו עסט, און דו זאלסט גיין אויף א שטרענגע דייעטע, אבער אויב עס גייט דיר נישט דעמאלט דארפסטו מאכן דעם סלי"וו, ווייל עס איז א סכנה וכו'.


דער אייבערשטער זאל דיר שיקן א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#67 - וויפיל טראסט מען דאקטוירים און אלטערנאטיווע מעדעצין?
רפואה, תפילה והתבודדות, אמונה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען פאר די שיעורים און די עצות, עס איז גאר אנדערש די לעבן ווען מען ווייסט פונעם תכלית.


עס איז דא אן ענין אין וואס איך בין שטארק צעמישט, און איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ענטפערן און אויסקלארן.


איך בין אויפגעוואקסן מיט א שטארקע ביטול צו דאקטוירים און צו די אלגעמיינע אנגענומענע מיינונג אין געזונטהייט. איידער איך בין מקורב געווארן פלעג איך רופן א פרוי וואס היילט דורך ענערגיע, איך פלעג איר אלץ רופן ווען איך אדער די קינדער האבן נישט גוט געשפירט, זי פלעגט מיר זאגן וואס צו געבן און וואס צו טון, און פארשטייט זיך זי האט געבעטן אסאך געלט פאר דעם.


היינט קען איך שוין נישט רופן קיין ענערגיע פרויען, איך האב אבער אויך נישט אנגעהויבן פלוצלינג צו גלויבן אין די אלגעמיינע דאקטוירים. פארשטייט זיך אז ווען א קינד שפירט נישט גוט בעט איך אסאך דעם אייבערשטן, אבער למעשה דארף איך דאך האבן אחריות אויפ'ן קינד, און דא בין איך זייער צעמישט, וויפיל איז די ריכטיגע באלאנס וואס און וויפיל צו טון.


זאל איך געבן וויטאמינען? און אויב יא, וויפיל און ווי אפט? איז גוט צו גיין צו א קייראפראקטאר? זאל איך טראסטן דעם דאקטער בלינדערהייט אלעס וואס ער זאגט? ווי פרי זאל איך אנהויבן געבן וואקסינען פאר די קינדער? איך בין זייער דערשראקן פון דעם, דער ראש ישיבה שליט"א דארף פארשטיין אז פאר צוואנציג יאר אין א צי האלט איך אין איין הערן ווי שעדליך עס איז.


יעצט אז איך בין ביים רבי'ן, איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און איך וויל פאלגן, דארף איך אביסל חיזוק און הדרכה אין די אלע זאכן. אויך וויל איך בעטן א ברכה פאר מיין בעבי וואס האט געהאט די פלו, אבער זי איז נאכאלץ נאכגעלאזט פון דעם.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן די ריכטיגע שכל וואס איך דארף צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל, י"ח אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט אייך נישט מבלבל פון די זאכן, דער עיקר ביים רבי'ן איז שמחה און תפילה והתבודדות, די צוויי זאכן זענען די צוויי שטריקן אין וואס מען דארף זיך אנכאפן נישט אראפצופאלן. אזוי זאגט מוהרא"ש, דאס וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "דַע", זאלסט וויסן, "שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲבֹר עַל גֶּשֶׁר צַר מְאֹד מְאֹד", יעדער מענטש דארף אריבערגיין זייער א שמאלער בריק, דער לעבן איז ווי א שמאלער בריק, און מען קען יעדע סעקונדע אראפטראסקען אין א טיפע אפגרונד, "וְהַכְּלָל וְהָעִקָּר שֶׁלֹּא יִתְפַּחֵד כְּלָל", דער עיקר איז מען זאל נישט מורא האבן; זאגט מוהרא"ש, ווי אזוי קען מען טאקע אריבערגיין דעם שמאלן בריק אן קיין שרעק? דורך זיך אנכאפן אין די צוויי שטריקן, "שמחה" און "התבודדות"; פון איין זייט האט מען די פרייד "שלא עשני גוי", מען פרייט זיך אז מען איז א אידיש קינד, א קינד ביים אייבערשטן, און די צווייטע שטריק - אז מען האט התבודדות, מען רעדט צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, יעדע זאך שמועסט מען מיט אים.


וויל איך אייך בעטן איר זאלט זיך נישט פארדרייען דעם קאפ מיט די אלע נארישקייטן וכו', אז מען שפירט זיך נישט גוט, אדער א קינד שפירט זיך נישט גוט - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן און טון וואס די תורה זאגט, גיין צום דאקטער, און אז דער דאקטער פארשרייבט מעדעצין נעמט מען מעדעצין. דער רבי האט בפירוש געזאגט, אז מען דארף גיין צום דאקטער זאל מען נעמען א דאקטער וואס איז א מומחה אין די זאך וואס מען גייט צו אים, און מיט תפילה זעט מען ישועות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ל, ג): "בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ", אין די היינטיגע טעג, "שֶׁאֵין לָהֶם לֹא מֶלֶךְ", וואס מיר האבן נישט קיין קעניג, "וְלֹא נָבִיא", און מיר האבן נישט קיין נביא, "לֹא כֹהֵן", מיר האבן נישט קיין כהן, "וְלֹא אוּרִים וְתֻמִּים", און נישט קיין אורים ותומים, "וְאֵין לָהֶם אֶלָּא תְּפִלָּה זוֹ בִּלְבָד", מיר האבן נאר תפילה, "אָמַר דָּוִד לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַל תִּבְזֶה אֶת תְּפִלָּתָם", אויף אונז בעט דוד המלך 'רבונו של עולם, נעם אן די תפילות פון אידישע קינדער'.


אויף די זאך פון ענערדזשי, זאלט איר וויסן אז דאס איז א דמיון, און דער וואס גייט אריין אין די דמיון הויבט אן דמיונ'ען אז מען ווערט אויסגעהיילט, אבער באמת איז דאס הבל הבלים. אנשטאט גלייבן אין דמיונות - דארף מען גלייבן אינעם אייבערשטן, און אז מען גלייבט אינעם אייבערשטן ווערט מען באמת אויסגעהיילט, און ווען מען הויבט אן רעדן צום אייבערשטן - איז מען זוכה צו אמונה און צו שמחה, און דאס איז די רפואה.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#66 - ווי אזוי שטארקט מען זיך צו דאנקען און בעטן?
רפואה, תפילה והתבודדות, בושה, תודה והודאה, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע שיעור וואס מען האט אויפגעשפילט פאר די פרויען די וואך פרשת כי תשא, איך האב זייער הנאה געהאט דערפון. און יישר כח פאר'ן קלאר מאכן אינעם שיעור וואס עס מיינט התקרבות צו א צדיק.


איך וויל אזוי שטארק רעדן צום אייבערשטן, און עס קומט מיך אן אזוי שווער, קוים וואס איך קום אן צו רעדן א מינוט צום אייבערשטן.


ווען מען האט א צרה איז זייער גרינג צו מאכן התבודדות. ש'כח אייבערשטער אז אלעס גייט מיר אזוי גוט, איך האב אזא שיינע לעבן און קוים קוים וואס איך דאנק דעם אייבערשטן. איך דארף חיזוק אויף דאנקען און בעטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מאכט זיך א באשטימטע צייט, יעדן טאג פאר פינף מינוט, צו רעדן צום אייבערשטן. נעמט א צעטל, שרייבט אויף אלעס אויף וואס איר ווילט זאגן שכוח פארן אייבערשטן, און אויך אלעס וואס איר ווילט אים בעטן, און די פינף מינוט זאלט איר נישט גיין צום טעלעפאן, (לעשט אויס דעם רינגער), און שמועסט זיך אויס אייער הארץ מיטן אייבערשטן פאר די פינף מינוט.


וואס זאל איך אייך זאגן, איר וועט שפירן אזוי גוט. קען זיין אין אנהויב וועט איר ווערן נערוועז, איר וועט זיך נישט שפירן אין פלאץ, איר וועט קוקן אויף די זייגער יעדע פאר סעקונדעס און ווארטן עס זאל שוין אריבערגיין די פינף מינוט, אבער נאך א קליינע קורצע צייט וועט איר שפירן אזוי נאנט צום אייבערשטן, איר וועט ארוסגיין פון אלע עקזייעטיס, אלע שלעכטע בושה, אלע שלעכטע פחדים, דאס לעבן ווערט ווי א זיסע חלום.


טיילט איין די צעטל, אויף איין זייט שרייבט אראפ זאכן פון דאנקען און אויף די צווייטע זייט שרייבט אראפ זאכן פון בעטן, און אזוי זאלט איר זיצן און שמועסן מיטן אייבערשטן, דאנקט אים און לויבט אים, שמועסט מיט אים, בעטס אים אויף שמחה, בעטס אים אויף אמונה און אויף א הייליגע שטוב.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#65 - איז מעדיטאציע און מיינדפולנעס מעטאדן אויסגעהאלטן?
רפואה, תפילה והתבודדות, אמונה, צדיקים, טערעפי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין פראגע איז עפעס וואס איז זייער שטארק אקטועל היינטיגע צייטן, און איך שפיר אז די שאלה און תשובה קען צונוץ קומען פאר טויזנטער אידן איבער די וועלט. אנטשולדיגט פארן מאריך זיין אין די שאלה.


אין די היינטיגע פאריאגטע און פארפלאגטע וועלט, קען א מענטש ליידן פון געפערליכע סטרעס, און צומאל שפירט מען אז מען איז ממש אין א "נעפל" און אין א "וואלקן", מען האט ענקזייעטי און שלעכטע מחשבות אדער אה.סי.די. (OCD) און מען טרעפט נישט קיין וועג ווי אזוי עס אפצושטעלן.


איז פארהאן א געוויסע מעטאד, מען רופט עס "מעדיטאציע", וואס איז זייער א ברייטע און פארצווייגטע מעטאד, עס האט פארשידנארטיגע מהלכים, וואס איך פארשטיי אז דער ראש ישיבה שליט"א איז נישט מחויב עס אויסצופארשן און נאכגיין און געבן א הכשר אדער פסול דערויף.


איך רעד אבער פון די שטארק אויפגעכאפטע סארט מעדיטאציע, אדער מיט איר אנדערע נאמען "מיינדפולנעס", עס ארבעט אז מען זעצט זיך אראפ אויף א רואיגע ארט, מען מאכט צו די אויגן, מען הייבט אן טראכטן בלויז פון די אטעמען, מען אטעמט אריין און ארויס, און מען קוקט נאך די אטעם. נאך עטליכע סעקונדעס "באטראכט מען" [מיט די מח] די פיזישע 'דרוק' און 'סטרעס' אויף די 'מויל', 'צונג', און 'אקסלען', [עס קען גיין אויך אויף די דרוק פון די הענט און די פוס און די רוקן און צו שפירן ווי די פוס פלאכן זענען אויף די ערד].


בשעת'ן באטראכטן דעם קערפער הייבט מען אן נאכצולאזן די פיזישע דרוק און סטרעס אין די דאזיגע ערטער.


בשעת די מעדיטאציע-מיינדפולנעס איז מען אויך "מסיח דעת" פון אלע מחשבות וואס קומען צו פליען, מען קוקט עס אן ווי בלויזע באלונען און וואלקענעס, און מען ברענגט צוריק די מחשבה, די פאקוס, צום אטעם און קערפער.


די תוצאה פון די מעדיטאציע-מיינדפולנעס איז, אז נאכ'ן זיצן אזוי פאר עטליכע מינוט, שפירט מען ממש ווי מען "גראונדעט", מען קומט ממש "אראפ" פון די נעפל און מען טרעפט זיך צוריק אין די "הווה", און מען ווערט באמת א נייער מענטש. אן קיין וויץ.


דאס העלפט אויך דעם מענטש צו זיין בעסער קאנצענטרירט און רואיג אין די קומענדיגע שעות און טעג נאך די מעדיטאציע-מיינדפולנעס, און פארשטייט זיך אז מען איז מער פראדוקטיוו, און וואס מען טוט טוט מען מיט'ן גאנצן הארץ און מח.


האב איך יעצט עטליכע שאלות איבער דעם; אויב מעדיטאציע און מיינדפולנעס איז בכלל אויסגעהאלטן? און מיין שאלה איז, ווי דערמאנט,  ספעציעל איבער די אויבנדערמאנטע סארט מעדיטאציע. און נישט איבער די טעאריע פון מעדיטאציע אין אלגעמיין, וואס דאס איז א שמועס פאר זיך. אויב מען מעג הערן מעדיטאציע און מיינדפולנעס שיעורים פון מענטשן וואס זענען נישט קיין שומרי תורה ומצוות, אבער זיי גיבן די שיעורים אנליין, עס איז דא צו באקומען בחנם אין גרויסן, פארשטייט זיך אז זיי רעדן נישט קיין כפירה ומינות אדער שיטות און דאס גלייכן, נאר זיי זאגן א שיעור אין מעדיטאציע-מיינדפולנעס, בלויז "טראכט פון דיין אטעם, טראכט פון דיין צונג, טראכט פון דיין מויל, לאז נאך דיין סטרעס", און דאס גלייכן. אויב מען מעג עס בכלל הערן, ווייל זיי זענען דאך נישט קיין ערליכע אידן.


אצינד וויל איך בארירן מער א האקעלע זאך אין מעדיטאציע. אין די מעדיטאציע איז דא מעדיטאציע שיעורים וואס זענען ספעציעל געבויעט פאר 'שלעכטע מחשבות', וואס מוטשען און פייניגן די מח. און די שיעורים לערנען אויס וויאזוי צו "באהאנדלען" די שלעכטע מחשבות, אז קודם לאזט מען נאך די סטרעס און נאכדעם "האנדלט מען" מיט די מחשבות, מען זאגט פאר די מחשבות אז זיי זענען וועלקאם און מען האט זיי נישט פיינט, אבער מען גיבט צו פארשטיין פאר די מחשבות (פאר די OCD מחשבות), אז זיי מאכן נישט 'גוט' פארקן מענטש, נאר פארקערט. איז די שאלה אויב די סארט מעדיטאציע וואס 'שפילן' זיך מיט מחשבות זענען מער איינגעשטעלט און מסוכן פאר א איד ווי די געווענליכע מעדיטאציע וואס מאכט נאר "גראונדינג".


עס איז דא וואס זאגן אז מעדיטאציע איז א שכן אדער קרוב מיט התבודדות, איז עס ריכטיג אדער סתם א דמיון? א גרויסן יישר כח פאר'ן ענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע וועג צו היילן די נפש פון אלע פיין - איז דורך די עצות פון די הייליגע צדיקים וואס נעמען זייערע עצות פון די הייליגע תורה, די עצות פון צדיק איז כולו זרע אמת (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז), איין שטיק אמת; דאס ברענגט אז דער מענטש זאל באקומען א שטארקע אמונה, און דורכדעם ווערן אויסגעלייזט פון זיינע פיין.


אלע ליידן און פיין איז פון חסרון אמונה, דער הייליגער רבי זאגט (שם), דער עיקר גלות איז פון חסרון אמונה; דאס וואס מען ליידט איז ווייל מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען רעדט זיך איין אז די וועלט ווערט געפירט דורך טבע, מקרה און מזל, מען פארגעסט אז עס איז דא א באשעפער וואס מאכט אלעס, טוט אלעס און איז אלעס, און ווען מען איז שטארק אין אמונה - ווערט מען אויסגעלייזט.


די בעסטע היילונג איז 'אמונה', דורך אריינעמען אין זיך די ריינע לויטערע אמונה, אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא גארנישט אויסער אים, די גאנצע וועלט און אלעס וואס איז אין איר, דומם צומח חי מדבר, אלעס אלעס איז אייבערשטער, און אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פינקטליכע חשבון און מאכט אלעס מיט גערעכטיגקייט.


פאר אלע פיין און ווייטאג פונעם עבר און פונעם הווה וכו' - איז די רפואה 'אמונה'. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה חַיָּיו חַיִּים", ווער עס האט אמונה - לעבט א גוט לעבן, "וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", און ער פארברענגט זיינע טעג מיט גוטס. "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב, בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", ווייל ווען עס גייט אים גוט, עס גייט אים אזוי ווי ער וויל - איז דאך גוט, "וַאֲפִילּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים חַס וְשָׁלוֹם, גַּם כֵּן טוֹב", און אפילו ווען עס גייט אים נישט אזוי ווי ער וויל, ער האט שווערע טעג, ער האט ווייטאג און יסורים - איז אים ווייטער גוט, "כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ", ווייל ער פארלאזט זיך אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים העלפן, "כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ, בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אלעס קומט פון אים - מוז זיין אז אלעס נאר לטובה. "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם", אבער ווער עס האט נישט קיין אמונה - "חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל", לעבט נישט, דאס לעבן איז אים נישט קיין לעבן. "כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת", ווייל ווי נאר עס גייט אויף אים אריבער עפעס שלעכטס - האט ער מער נישט קיין לעבן, "כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל", ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, "מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל", ווייל ער האט נישט קיין אמונה - "וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב", האט ער גארנישט, גארנישט, "מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", ווייל ער לעבט אנעם אייבערשטן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה, מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ", אבער מיט אמונה איז דער לעבן אזוי שיין און זיס.


דעריבער וויל איך דיר בעטן מיין ליבער ברודער, מיין געטרייער פריינד, נעם די עצות הצדיקים - וועסטו זוכה זיין צו א קלארע לויטערע אמונה, און דו וועסט מער נישט ליידן.


די ערשטע עצה און די וויכטיגסטע עצה איז - יעדן טאג זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, זיך אויסרעדן דאס הארץ אזוי ווי מען רעדט זיך אויס מיט א טאטע אדער א חבר, און אים דערציילן די יסורים וואס מען גייט אריבער, די נעפל אין וואס מען געפינט זיך, די טונקעלע וואלקענעס וואס מען זעט, און אזוי ווייטער, אלעס וואס מען שפירט, אלע מחשבות, געפילן וכו', אים אלעס דערציילן און אים בעטן מיט טרערן און מיט רחמנות עס זאל אוועק גיין, און אויך בעטן אויף א שטארקע אמונה, אויף א לויטערע ריינע אמונה, צו וויסן און גלייבן אז דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, און אויך זאל מען שפירן א ליבשאפט, ווי דער אייבערשטער האט מיך ליב.


ברודער טייערער, דורך תפילה והתבודדות איז מען זוכה צו האבן א שטארקע אמונה; דורך בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, און אפילו יאר נאך יאר - מען זאל זוכה זיין צו האבן א שטארקע קלארע לויטערע אמונה, און נאר אזוי גייען אוועק אלע פיין און פלאג.


עס איז דא זייער אסאך עצות פון הייליגן רבי'ן ווי אזוי צו היילן די זעל פון פיין און פלאג, און אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו קענען טון די עצות - ווערט מען אויסגעהיילט, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אויסגעפירט די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג): "און איך הייל זי"; דער רבי היילט אונזער גייסט, אונזער זעל - פון אלע פיין און פלאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#64 - איך האלט ממש ביי גארנישט, וואס טוט מען?
חובות, שלום בית, קדושה, רפואה, תפילות אויף אידיש, פרנסה, דאווענען, נסיונות, התחדשות, משניות, תיקון הכללי, מנין, גמרא, שכחה, עבר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן וואס קען איך טון אז איך בין אין עולם התוהו, איך פאל אין ניאוף, אין קוקן שמוץ און אויך אויף יעדע פרוי אין גאס, און הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, קוים וואס איך דאווען, קוים וואס איך זאג עפעס משניות, צוויי טעג הייב איך אן זאגן און אנדערע טעג גארנישט, איך ברענג נישט קיין פרנסה, איך צאל נישט קיין חובות, איך פאלג נישט דעם ראש ישיבה שליט"א.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו לערנען משניות און גמרא און מעביר סדרה זיין יעדן טאג, און איין טאג טו איך עס יא און נאכדעם דריי חדשים נישט. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו קויפן רבינו תם'ס תפילין און איך האב גארנישט געטון וועגן דעם. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט איך זאל גיין הפצה, און קוים וואס איך גיי. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו קויפן א קאר די שענסטע און די בעסטע און איך האב נישט געקויפט.


בעצם האלט איך ביי גארנישט. אפשר בין איך נישט געזונט גייסטיש? נישט אפשר, נאר זיכער. זאל איך נעמען מעדעצין? ווייל איך זאג דאך נישט יעדן טאג משניות מיט גמרא וואס דאס זאל מיך אויסהיילן, איז דערווייל פארוואס זאל מיין ווייב ליידן פון א מאן וואס ברענגט נישט קיין פרנסה, און פאלט אריין אין דעפרעסיע יעדן צווייטן טאג? און אפשר זאל איך נעמען געלט פון די שטאט פאר איינער וואס ליידט אויף דעפרעסיע און נאך? זאל מיין ווייב האבן כאטש די פאר דאלער?


איך האף אז וואס דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר יעצט ענטפערן, וועל איך יא מקיים זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלט דיין בריוו.


די יסוד היסודות אז מען וויל מצליח זיין אין לעבן איז - מען זאל נישט קייען אלטע שטרוי, איבער קייען אלטע מעשיות, נאר אנהויבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן כאילו מען איז יעצט געבוירן. רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות יורה דעה הלכות מילה הלכה ד, אות יח): "עיקר הכניסה לתשובה ולקדושת ישראל", דאס איז די שליסל צו תשובה און צו זיין א איד, "לחשוב בכל עת כאילו עתה נולד", טראכטן 'איך בין יעצט געבוירן', "ואפילו אם יעבור עליו מה", און אפילו עס זאל אריבער גיין אויפן מענטש וואס זאל נאר זיין, "יתחזק בכל פעם ויחשוב בלבו שעתה נולד", זאל ער זיך שטארקן און טראכטן 'איך בין יעצט ניי געבוירן, איך הויב אן יעצט פונדאסניי', "אז בודאי סוף כל סוף יזכה להתקרב לשם יתברך", וועט ער זיכער אנקומען צו תשובה און צום אייבערשטן, "ואז יתתקן הכל", און אלעס פאררעכטן.


דאס איז די זאך וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט; הויב אן פון דאסניי, הויב אן פון יעצט, ביסט ניי געבוירן, ביסט א נייע באשעפעניש. ביי משיח שטייט (תהלים ב, ז): "אני היום ילדתיך", ביסט היינט געבוירן, און דאס איז וואס דער הייליגער רבי ברענגט אריין אין די וועלט. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פונדאסניי".


פון יעצט זאלסטו פאלגן די זאכן:


פארלייג זיך אויף גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין מיט א סידור מיט גרויס שמחה, און אז דו קענסט זוכה זיין זיך צו טובל'ן אינדערפרי פארן דאווענען - איז נאך בעסער, ווייל ווען מען טובל'ט זיך דעם גוף דא – טובל'ט מען אויבן אין הימל די נשמה, מען ווערט ריין און הייליג, און נאכן דאווענען שחרית מיט די טלית ותפילין זאלסטו זאגן די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי, וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].


פארלייג זיך אויף לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, זאל זיין וואס זאל זיין. לערן אפילו בלי הבנה, אן פארשטיין, לערן אפילו אן די רש"י'ס, נאר די ווערטער פון די גמרא. דאס וועט דיך באשיצן פון די קליפות ומשחיתים וואס ווילן דיר שלעכטס טון. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז, מזבוב ועכביש), דער בארג האט געזאגט צום קעניג: "ווי לאנג דער בלאט איז אויף דיר מגין דארפסטו נישט מורא האבן פון קיינעם; אויף מיר שטייען אויך אויף שלעכטע מענטשן וואס ווילן מיר שלעכטס טון, אבער זיי קענען מיר נישט שלעכטס טון ווייל דער בלאט באשיצט מיר"; דאס גייט ארויף אויפן דף גמרא, ווען מען לערנט די הייליגע גמרא - ווערט מען באשיצט, עס ראטעוועט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


וועגן דיינע חובות און דיינע נסיונות וואס איז געבינדן איינס מיטן צווייטן, איז דא איין עצה, שרייען צום אייבערשטן. גיי אין א שטילע פלאץ און שריי (עס דארף נישט זיין בקול, שריי שטילערהייט):


"רבונו של עולם איך בין אזוי משוגע, ראטעווע מיך, איך פארשמיר מיינע אויגן, איך קוק ניאוף, און איך בין אין אזעלכע חובות, איך בין אין עולם התוהו, איך קען נישט גיין אין גאס, איך ווער משוגע פון יעדע פרוי וואס גייט אריבער. הייליגער באשעפער, איך בין אזוי צעבראכן, עכט וויל איך זיין גוט, עכט בין איך א איד מיט א אידישע נשמה, איך בין נאר אזוי פארקראכן, העלף מיר, איך זע נישט קיין וועג, זיי מיך מקרב צו דיר. לייג אריין אין מיר א רוח טהרה, איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן און קענען ארויסגיין פון מיינע חובות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#63 - בעטן אז א קראנקער זאל שטארבן?
רפואה, תפילה והתבודדות, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און פאר די עצתו אמונה, און פאר די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשיקט, און פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז.


ברוך השם איך האב געענדיגט די זעקס און צוואנציגסטע מאל משניות.


איך האב געוואלט פרעגן, דער רבי זאגט אין ספר המדות (אות צדיק, סימן קט"ז): "לִפְעָמִים צָרִיךְ לְבַקֵּשׁ רַחֲמִים עַל הַחוֹלֶה שֶׁיָּמוּת", ווי אזוי ווייסט מען ווען מען דארף אזוי מתפלל זיין?


דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך ווארט שוין צו זען דעם ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא די שאלה אין שו"ת ברסלב (חלק כ, סימן ב' תקי), איינער פרעגט אן מוהרא"ש אויף דעם וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קטז): "לִפְעָמִים צָרִיךְ לְבַקֵּשׁ רַחֲמִים עַל הַחוֹלֶה שֶׁיָּמוּת", אמאל איז גוט צו בעטן אויף א חולה ער זאל שוין שטארבן; מיר ווייסן דאך אז מען טאר זיך נישט מייאש זיין פון בעטן דעם אייבערשטן.


מוהרא"ש ענטפערט אים, אודאי דארף מען בעטן, אפילו ווען די דאקטוירים זאגן אז עס איז שוין דערנאך טאר מען זיך נישט מייאש זיין פון בעטן. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות י.): "אֲפִלּוּ חֶרֶב חַדָּה מֻנַּחַת עַל צַוָּארוֹ שֶׁל אָדָם", אפילו עס ליגט א שארפע שווערד אויפן האלז פונעם מענטש, "אַל יִמְנַע עַצְמוֹ מִן הָרַחֲמִים", זאל מען זיך נישט מייאש זיין פון בעטן דעם אייבערשטן.


מוהרא"ש זאגט דארט, דאס וואס דער רבי זאגט: "לִפְעָמִים צָרִיךְ לְבַקֵּשׁ רַחֲמִים עַל הַחוֹלֶה שֶׁיָּמוּת", אמאל דארף מען מתפלל זיין אויף א חולה ער זאל שטארבן; דאס איז נישט קיין סתירה מיט די ווערטער פון חז"ל, דאס מיינט מען ווען דער מענטש לעבט שוין נישט, ער לעבט נאר אויף א מאשין, וואס מען קען נעבעך ליגן אזוי אויף א מאשין יארן, מען לעבט נישט און מען איז אויך נאכנישט געשטארבן, דאס איז שרעקליכע יסורים פארן מענטש, אויף אזא איינעם איז געזאגט געווארן דעם רבינ'ס ווערטער.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, גיי יעדן טאג אין א ווינקל זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס, בעט אים דו זאלסט זוכה זיין אים קענען דינען, לערנען און דאווענען, און זיין א גרויסער צדיק.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - פארוואס דארף איך שלאפן אזוי סאך?
התחזקות, רפואה, צדיקים, שמחה, שלאפן, עבודת השם, היטן די צייט, סדר היום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אז אויב איך גיי שלאפן פרי און איך שלאף אכט שעה ביינאכט, שפיר איך נאכדעם גוט א גאנצע טאג; אויב אבער גיי איך שלאפן שפעט, אדער שלאף איך ווייניגער פון אכט שעה, שפיר איך שוין נישט אזוי הונדערט פראצענט גוט.


פון די אנדערע זייט וויל איך אבער זייער שטארק לערנען ביינאכט, זיך מער באפלייסן אין לערנען ביינאכט, בפרט אז ביינאכט איז מער רואיג, אסאך גדולי ישראל האבן מתמיד געווען ביי נאכט, אויך מוהרא"ש זי"ע. מוהרא"ש שרייבט אבער אסאך מאל נישט צו זיין קיין אויבער חכם, מען זאל היטן די שלאף.


אפשר דאס אז איך דארף שלאפן אזוי סאך איז ווייל איך בין זייער מגושם? איך בין זייער צעמישט מיט דעם. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רבי נתן האט אמאל געשמועסט מיט אנשי שלומינו דיבורי התחזקות, ער האט זיי מחזק געווען זיי זאלן זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות אפילו עס גייט נישט ווי מען וויל וכו'; אינמיטן האט זיך רבי נתן צופייערט און געזאגט: "פארוואס איז רבי שמעון בן יוחאי געווען רבי שמעון בן יוחאי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער אר"י הקדוש געווען דער אר"י הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער בעל שם טוב הקדוש געווען דער בעל שם טוב הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער הייליגער רבי געווען דער הייליגער רבי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! און פארוואס בין איך וואס איך בין? ווייל איך האב די מאס התחזקות"; רבי נתן האט נישט אויסגערומט די צדיקים אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות דורך ווייניג שלאפן וכו', נאר צוליב זייער התחזקות; ווייל דאס איז די סוד פון די צדיקים, זיי האבן זיך דערהאלטן, זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן און זיך נישט געלאזט צעברעכן פון גארנישט.


מאך נישט נאך די צדיקים מיט ווייניג שלאפן און ווייניג עסן, מיר דארפן נאכמאכן די צדיקים מיט זייער שמחה און זייער התחזקות, ווי זיי זענען זיך מחזק; אפילו זיי שפירן ווי מען דארף זיי נישט און ווי מען איז זיי מרחק דערהאלטן זיי זיך, ווי זיי האבן געשפירט אין איין טאג טויזנט מאל א טעם פון שטארבן און דאך זענען זיי נישט אוועק געגאנגען פונעם אייבערשטן, מיט דעם דארף מען זיי נאכמאכן.


עס און שלאף אבער היט די צייט, איינער דארף שלאפן מער און איינער קען שלאפן ווייניגער, דער עיקר דארף מען היטן די צייט און זיך נישט איבערשטרענגען. דער רבי זאגט (ספר המידות אות תשובה, סימן פד): "תִּקוּן הַגוּף קוֹדֶם תִּקוּן הַנֶפֶשׁ", א מענטש דארף אכטונג געבן אז קודם זאל זיין גוף זיין רואיג און נישט איבערגעשטרענגט, און נאכדעם זאל ער אכטונג געבן אויף זיין נפש; ווען דער יצר הרע זעט א מענטש וועם ער קען נישט בייקומען - דער מענטש פירט זיך זייער ערליך, קומט ער צו אים ווי א פרומער, ער מאכט אים שפירן אז ער טוט נישט גענוג, און ער פארדרייט אים דעם קאפ אז ער זאל פאסטן און טון סיגופים וכו' וכו'. פארשטייט זיך אז דער מענטש האט נישט קיין כח צו דעם, פאלט ער אראפ און ער ווערט שוואך, און ער בלייבט ליגן אין בעט אן קיין כח, ער קען נישט נישט דאווענען און נישט לערנען, און אזוי האט ער אים געכאפט אין זיין פאסטקע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - פארוואס קריכט נאכנישט דאס קינד?
רפואה, קינדער, אידישע שטוב, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין קינד איז שוין געווארן א יאר, און ער האט נאכנישט אנגעהויבן קריכן. מיין ווייב איז זייער באזארגט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאגה נישט, ער וועט קריכן און גיין וכו', מאך נישט קיין עסק פון דעם, עס זענען דא קינדער וואס הייבן אן פריער און ביי א טייל נעמט עס לענגער.


זע עס זאל זיין פרייליך אין שטוב, זינג און טאנץ אין שטוב, אזוי וועלן די קינדער אויפוואקסן געזונט און קלוג, ווייל שמחה אין שטוב איז די סוד פאר געזונטע קינדער.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#60 - א"ו ס"י ד"י מיינט שלעכטע מחשבות?
קדושה, רפואה, תפילה והתבודדות, שמחה, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט פאר איינעם וואס רעדט זיך אפ אז ער ליידט אויף א"ו ס"י ד"י (OCD), ער דארף כסדר איבערקוקן אויב די טירן און פענסטער זענען גוט פארמאכט, אויב די געז איז אינגאנצן פארלאשן, און אזוי ווייטער, און דער ראש ישיבה שליט"א ברענגט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע"ב) אז ווי מער מען קוקט צוריק צו די שלעכטע מחשבות, אלץ מער וועלן די מחשבות זיך מתגבר זיין, און דעריבער שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א, "די עצה פאר א"ו ס"י ד"י, די עצה פאר דעם יצר הרע איז 'זיך נישט וויסנדיג מאכן, נישט זוכן צו ענטפערן די מחשבות'. דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, ווען עס קומט דיר אריין אזא נעגאטיווע מחשבה - לאז עס לויפן, גיי נישט קוקן אויב אלעס איז גוט, נאר לאז עס לויפן, טראכט 'עס גייט מיר נישט אן'; ווייל ווי מער מען ענטפערט די מחשבה - קומען זיי צוריק שטערקער".  


ווען מען קוקט אבער אריין אין די תורה זעט מען קלאר אז דער רבי רעדט פון די יצר הרע פון עריות, ווי דער דער רבי שרייבט דארט "יצר הרע המזוהם, העב הגשמי, לבבו הערל". וואלט נישט בעסער געווען צו שרייבן קלאר אז דער רבי רעדט פון דעם, אדער האלט דער ראש ישיבה שליט"א אז דאס גייט אויך ארויף אויף א"ו ס"י ד"י?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געהערט פון א גרויסן דאקטער עליו השלום, א תלמיד היכל הקודש, א תלמיד פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אז מוהרא"ש האט אים געוויזן אין רבינ'ס ספרים יעדע מחלה וואס איז דא היינטיגע טעג; ווי דער הייליגער רבי האט שוין פאראויס גערעדט פון די אלע זאכן, איינע פון די זאכן וואס ער האט מיר דערציילט איז פון די מחלה או. סי. די. מוהרא"ש האט אים געוויזן ווי דער רבי רעדט פון דעם אין ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עב. אויך האט ער מיר איבערגעזאגט אז מוהרא"ש האט אים געוויזן אין רבינ'ס ווערטער די ביטערע מחלה, וואס מוהרא"ש פלעגט ווינטשן פאר די עמלקים; דאס שטייט אין תורה תקעו ממשלה (לקוטי מוהר"ן חלק ב סימן א', אות יא) וואו דער רבי זאגט: "יֵשׁ חוֹלַאַת שֶׁהוּא בְּחִינַת צוֹמֵחַ" וכו', עס איז דא א קרענק וואס וואקסט אינעם מענטש, "כְּמוֹ כֵן יֵשׁ חוֹלַאַת שֶׁגָּדֵל בָּאָדָם כַּמָּה שָׁנִים", אמאל איז דא א קרענק וואס וואקסט אינעם מענטש אפאר יאר, "וְיֵשׁ חוֹלַאַת שֶׁהוּא בָּאָדָם בְּתוֹלָדָה מֵאָבִיו וְאִמּוֹ וְאֵינוֹ נִתְגַּלֶּה אֶלָּא לְעֵת זִקְנוּתוֹ", נאכדעם איז דא קרענק וואס איז גענעטיש, פון די עלטערן, וואס שטילערהייט ליגט עס באהאלטן אינעם מענטש און אויף די עלטער קומט עס ארויס רחמנא לצלן, עיין שם.


דער עיקר עצה פטור צו ווערן פון אלע שלעכטע מחשבות, סיי פון ניאוף און סיי פון נערווען, שרעק, דמיונות וכו' - איז התבודדות און שמחה; די צוויי עצות האט דער רבי זייער אסאך גערעדט, ווייל אין דעם איז אנגעהאנגען אלע רפואות


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#59 - איז גוט צו קויפן העלט אינשורענס?
רפואה, בטחון, אינשורענס, לייף אינשורענס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער קויפן אינשורענס. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט געווענליך אז עס פעלט נישט אויס צו קויפן "לייף אינשורענס", איז די זעלבע אויך ביי "העלט אינשורענס"?


און אויב איז "העלט אינשורענס" יא גוט צו קויפן, וועלכע סארט זאל איך קויפן? די העכסטע אדער איז גענוג א מינימאלע אינשורענס פאליסי?


יעצט צאל איך אסאך געלט פאר "העלט אינשורענס", נאך פון איידער איך בין מקורב געווארן, און איך ווייס נישט ווי אזוי זיך צו פירן מיט דעם היינט.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען הדרכה אין דעם ענין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לייף אינשורענס איז אן איבריגע זאך, עס פעלט בכלל נישט אויס, אבער העלט אינשורענס - זאגט מוהרא"ש - מוז מען האבן, ווייל חס וחלילה אז מען דארף אנקומען אין שפיטאל, אדער צו א דאקטער - דארף מען האבן דעקונג.


אזוי אויך אינשורענס אויף די דירה, איז אויך א זאך וואס מען דארף מאכן, ווייל חס ושלום אז עס וועט פאסירן א שריפה קען מען אין איין רגע בלייבן בערום ובחוסר כל.


העלט אינשורענס איז נישט קיין חסרון אמונה; מען דארף האבן אמונה און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל נישט דארפן אנקומען צו קיין דאקטער, און אזוי אויך פייער אינשורענס איז נישט קיין חסרון אין אמונה; מען דארף האבן אמונה און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל קיינמאל נישט דארפן אנקומען צו דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#58 - קען איך באקומען א ברכה, נאכ'ן אפשערן די האר?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, שערן די האר, נחת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א א גוטע בשורה, אז איך האב זיך היינט אפגעשוירן די האר פון קאפ.


דאס קומט נישט פון מיין משפחה, און אויך נישט פון מיין מאנ'ס משפחה, ביי זיי איז גאר דא א פארקערטע ענין, דוקא זיך נישט צו שערן.


איך האב געהערט אזויפיל ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון דעם, שרייבט פון דעם, איך האב אבער געווען זיכער עס גייט נישט קיינמאל געשען ביי מיר. אין אנהויב האב איך נאר געהערט, א צייט שפעטער האב איך שוין אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן אז איך זאל עס וועלן טון, נאך שפעטער האב איך שוין געוואלט עס טון און איך האב שוין אנגעהויבן בעטן אז איך זאל מצליח זיין עס צו טון,  מיין מאן האט מיר נישט געזאגט ניין אבער אויך נישט געזאגט יא, עס איז מיר געווען זייער זייער שווער עס צו טוהן. אבער יישר כח אייבערשטער אז איך האלט שוין דערנאך.


ווי נאר איך האב געענדיגט זיך אפשערן, האבן מיינע ליפן נישט אויפגעהערט צו דאווענען און בעטן דעם באשעפער אויף אלעס וואס איז מיר ארויס פון מויל צעמישט. אן וויסן וואס מיין מאן גייט זאגן, און ווי אזוי גיי איך פילן.


ביים צוזאמנעמען די האר אין א זעקל, האב איך געזאגט, "באשעפער, איך לייג אריין דא אלע קליפות פון מיר און פון מיין מאן און פון אלע, איך לייג דא אריין תימן, איראן, איראק און אלע שונאי ישראל, אז זיי זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף אונז, עס זאל מער נישט זיין קיין מלחמות.


איך האב געקוקט אויף די האר און געזאגט, "אייבערשטער, דאס איז א קרבן פאר דיר! אייבערשטער, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געפילט אז איך בין מקריב אזא שווערע קרבן אזוי ווי יעצט, עס איז נאר פאר דיר, און אין דעם זכות זאלן מיר אינגיכן הערן דעם שופר של משיח און תשעה באב זאל ווערן צו א יום טוב, איך זאל האבן שלום בית, א רפואה אויף מיינע אויגן, א רפואה אויף מיינע פחדים, איך מיט מיין מאן זאלן זיך ליב האבן, איך זאל נישט האבן קיין פחדים, נישט האבן קיין לחצים, האבן פרנסה בריווח, אפצאלן חובות, האבן נאר אידיש נחת פון אלע קינדער, און האבן נאך קינדער גרינגערהייט און געזונטערהייט, הייליגע געזונטע לעכטיגע דורות, יראי ה' מיט גוטע מידות, היטן און לערנען די הייליגע תורה, אלע רפואות, געזונט, און אזוי ווייטער און ווייטער.


איך וויל נאר בעטן א ווארעמע ברכה פונעם ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אלע ברכות וואס דער הייליגער תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי וואונטשט פאר די פרויען וואס שערן זיך אפ זייער האר, זאלן קומען צו אייך, און אלע ישועות וואס די צדיקים האבן צוגעזאגט פאר די נשים צדקניות וואס שערן זיך זייער האר זאלן קומען צו אייך.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרוסקייט פון זיך אפשערן די האר, דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "תּוּנְבָא לֵיתֵי" א קללה זאל קומען, "עַל הַהוּא בַּר נָשׁ" אויף דעם מענטש, "דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ" וואס לאזט זיין ווייב, "דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. "וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה" און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. "וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ" זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא" איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא" און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא" אזוי אויך איז זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, "מַאן גָּרִים דָּא" ווער איז דאס אלעס גורם? "הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר" די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, זי שערט זיך די האר - וועט זי האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


אזוי ווי איר שרייבט - אזוי איז, יעדעס מאל ווען די פרוי שערט זיך די האר - איז זי מקריב א קרבן פארן אייבערשטן; זי קען דעמאלט בעטן פאר זיך און פאר אנדערע, זי קען פועל'ן ישועות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - ווי אזוי נעמט מען ארויס די פחד פון אן עלעוועיטאר פון א קינד?
רפואה, קינדער, פחדים, השגחה פרטית, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין איינמאל געבליבן שטעקן אין אן עלעוועיטאר מיט מיין פינף יעריגע טאכטערל, און זייט דעמאלט איז זי געבליבן מיט א פחד פון אן עלעוועיטאר און זי וויל נישט אריינגיין אין אן עלעוועיטאר; ווי אזוי קען מען ארויסנעמען פון איר די פחד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די גרינגסטע וועג ארויסצונעמען אזעלכע פחדים איז דורך רעדן אסאך פון אמונה, פשוט'ע ווערטער; רעד מיט דיינע קינדער: "דער אייבערשטער איז דא, ער איז אלעס, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס, עס קען נישט פאסירן קיין שלעכטס פארן מענטש נאר אויב מען זאגט אזוי אין הימל, מען קען נישט כאפן א קלאפ אין פינגער נאר אז מען האט אזוי אויסגערופן אין הימל", אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (חולין ז.): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה, אֶלָא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה"; דאס נעמט אוועק אלע פחדים, מען לעבט רואיג און זיכער.


קלוגע עלטערן ווארטן נישט אויף א בראך און נאכן בראך הויבט מען אן רעדן פון אמונה, נאר ווען מען קען נאר - רעדט מען מיט די קינדער פון אמונה. ווען עס איז דא א שמועס דרייט מען אריין מיט חכמה – אמונה; אז דער אייבערשטער איז אלעס, נאר ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס, ער איז איבעראל; אזוי, אויב עפעס פאסירט - איז מען שוין אנגעגרייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס איז אינערליך אנגעצויגן?
חינוך הילדים, רפואה, סבלנות, קינדער, קאמפלימענטס, זעלבס זיכערקייט, שכל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וועגן מיין צען יעריג אינגל; ער ליידט פון אינערליכע אנגעצויגנקייט, ער ווערט זייער שנעל אויפגערעגט, און זיינע געשוויסטער ליידן אסאך מאל פון דעם.


ער איז ברוך ה' א לעכטיג קינד, מיר האבן אבער געהאט א פראבלעם אז ער האט זיך זייער שפעט אויסגעלערנט צו גיין אין בית הכסא, און עס קען נאך יעצט פאסירן זאכן, ספעציעל ווען מען גייט צו א שמחה אדער א פלאץ וואס איז אים זייער אינטערעסאנט מיטצוהאלטן, שוין אפגערעדט פון ביינאכט אז ער זאל זיך אויפוועקן צו גיין ווען ער דארף. נעכטן איז מיין ווייב געווען מיט אים ביים דאקטער פאר א יערליכע אונטערזוכונג און דער דאקטער זאגט אז מען זאל אים טראגן צו א פסיכיאלאג.


איך האב געוואלט פרעגן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט אז מיר זאלן טון.


פון ווען ער איז יונג שרייען מיר זייער אסאך אויף אים, ווייל ער איז א קינד וואס נעמט זייער שנעל ארויס פון די כלים. איך פלעג אים זייער אסאך קריטיקירן, אבער יעצט איז שוין ברוך ה' אסאך אסאך בעסער. עס איז מיר זייער שווער זיך צו האלטן רואיג, ספעציעל מיט דעם קינד. ברוך ה' עס איז אסאך בעסער פון אמאל, אבער עס איז נאכאלץ ווייט פון ווי אזוי עס דארף זיין.


פאר מיר אליין טוט זייער שטארק וויי יעדעס מאל וואס איך געב א שריי אויף אים, אסאך מאל שפיר איך ממש ווי איך קען עס נישט דורכטראגן אז איך האב געשריגן אויף אים. זייער אסאך מאל פיל איך ווי איך וויל אים ממש אנפראסקענען, ברוך ה' אז דאס געשעט נישט.


פון די אנדערע זייט קען ער אבער אויך זייער אסאך מאל אהיימקומען זייער רואיג, ער פירט זיך אויף ממש ווי די וואוילסטע אינגל, ער האט זייער אסאך מאל זיין קאפ אויפ'ן פלאץ און ער קען זייער שיין ארויסהעלפן אינדערהיים.


איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן מיט דעם. איך וואלט זייער געוואלט צוריק באקומען אן ענטפער וואס שנעלער.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט אליין דעם ענטפער, ווייל פון שרייען און דערנידערן א קינד - דורכדעם ווערט דאס קינד אינערליך אנגעצויגן און נישט זיכער מיט זיך, און דאס איז אויך גורם די אלע פראבלעמען וכו' וכו'. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות כעס, סימן כד): "עַל יְדֵי כַּעַס מוֹלִיד בָּנִים שׁוֹטִים", דורך כעס געבוירט מען קינדער שוטים; ווייל דאס שרייען און דאס דערנידערן לאזט זיי נישט ווערן אנטוויקלט וכו' וכו'.


ענדערש זאלסטו אים געבן אסאך כבוד, אים אויפבויען; זאגן: "ביסט אזוי גוט", "ביסט אזוי געשיקט", "ביסט אזוי געלונגען", און ווען ער טוט זאכן שטייט און דו ווילסט שרייען, זאלסטו אים אויסלויבן; זאג אים: "ווי גוט ביסטו", "ווי שנעל טוסטו". דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", ווי ווייניגער שכל מען האט - דארף מען מער כבוד, "כִּי כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן, הוּא יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", ווייל די וואס האבן ווייניג שכל - דארפן מער כבוד; דאס איז די וועג פון קליגע עלטערן, שטענדיג אויסלויבן די קינדער.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט מקבל זיין די שכל פון צדיק וואס לערנט אונז ווי זיך אומגיין מיט די קינדער, רחמנות האבן אויף די קינדער; ווייל נאר אז מען האט שכל פון צדיקים האט מען רחמנות אויף די קינדער. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן צו): "מִי שֶׁאֵין לוֹ רַחֲמָנוּת עַל בָּנָיו", ווער עס האט נישט רחמנות אויף זיינע קינדער, "בְּיָדוּעַ שֶׁאֵין לוֹ חֵלֶק בַּשֵּׂכֶל דִּקְדֻשָּׁה", איז א סימן אז ער האט נישט קיין שכל; ווייל מען טאר נישט קלאפן קינדער, מען טאר נישט דערנידערן קינדער, און אז קינדער נעמען ארויס פון די כלים - דארף מען זיי מחנך זיין מיט סבלנות און מיט זיכערקייט, נישט מיט געשריי און מיט דערנידערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - מאכן אן אפעראציע צו פארלירן וואג?
רפואה, פעשקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער פעש, און דאס אטעמען ווערט מיר שווער אסאך מאל צוליב דעם. איך ציטער ממש אז איך גיי שטארבן.


האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה ווי אזוי פטור צו ווערן פון די מחשבות? און וואס האלט דער ראש ישיבה שליט"א וועגן מאכן אן אפעראציע צו פארלירן וואג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע זיך אפערירן, זיך צו שניידן (סליוון) - צוליב דיין געזונט; אויב דער דאקטער זאגט דיר אז דו ביסט אין א סכנה פון איבערוואג און מען דארף אפערירן - זאלסטו זיך אפערירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - פארוואס טוט מיין ווייב גארנישט אינדערהיים?
שלום בית, רפואה, סבלנות, קינדער, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס שוין נישט וואס צו טון, איך קען שוין מער נישט אנגיין אזוי. מיין ווייב טוט גארנישט אינדערהיים, אבער ממש גארנישט, זי ליגט נאר א גאנצן טאג אין בעט און שלאפט. איך גיי צו די ארבעט, און ווען איך קום אהיים קען איך זיך ניש אפרוען, איך דארף אויפרוימען די הויז, וואשן די געשיר, וואשן די וועש, צוזאמלייגן די וועש, אלעס מסדר זיין, ווייל מיין ווייב וויל גארנישט טון; די פראבלעם איז אבער אז דאס איז וואס שטערט מיך נאך די ווייניגסטע.


עס שטערט מיך אז איך שפיר נישט אז איך האב בכלל א ווייב, קוים קוים וואס זי רעדט צו מיר אפאר ווערטער, זי וויל בכלל נישט שמועסן און פארברענגען מיט מיר, זי ווילן נאר שלאפן און שלאפן טאג און נאכט. איך וויל ארויסגיין מיט איר עסן אין א רעסטוראנט, אין זי האלט נישט ביים ארויסגיין, שוין עטליכע חדשים וואס מיר זענען נישט ארויסגעגאנגען עסן.


איך בין זייער צעבראכן און איך שפיר אז איך קען נישט ווייטער אזוי אנגיין. איך ווייס נישט אויב דאס איז ווייל מיר ווארטן א שמחה ברוך ה', טייל זאגן אז דאס מאכט איר אזוי אפגעשוואכט, אבער אנדערע זאגן אז עס דארף נישט גיין אזוי ווייט אז זי זאל ממש גארנישט טון, נאר שלאפן טאג און נאכט.


איך ווייס נישט וואס צו טון און וואס צו טראכטן, איך האב ממש נישט קיין ווייב. שבת ווען מיר גייען עסן צו מיינע עלטערן זאגט זי מיר שוין אינמיטן די סעודה אז זי וויל שוין יעצט אהיימגיין, זי האט שוין נישט קיין כח מער. און אויב בעט איך איר צו ווארטן ביז סוף סעודה, איך קען נישט אנטלויפן אינמיטן די סעודה, ווערט זי שוין ברוגז אויף מיר.


אויסער דעם שפיר איך אז זי שעצט בכלל נישט מיין שווערע ארבעט, איך טו אלעס אלעס אינדערהיים, נאכ'ן ארבעטן א גאנצן טאג, און קוים קוים וואס איך באקום עפעס א שטיקל שוואכע ש'כח פון איר.


איך קען נישט מער, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תרומה, שובבי"ם, ג' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט פארשטיין אז די צייט וואס מען ווארט וכו' - איז א שווערע צייט, מען האט נישט קיין מוט, מען האט נישט קיין כח, מען איז נישט זיך. עס איז דא ביי פרויען די זאך אז מען לאזט זיך נאך, מען טוט נישט די ארבעט פון שטוב; דארפסט איר דן זיין לכף זכות און אויסווארטן מיט געדולד, עס וועט אריבער גיין די חדשים און עס וועט קומען א מזל טוב און אויפלעבן די שטוב.


קוק אויף די טובה, קוק אויף דאס גוטס; טאנץ פאר שמחה אז נאך אביסל וועסטו האבן א קינד. אלעס אין דער וועלט לוינט זיך צו קענען האבן א קינד; זאל די שטוב פליען, זאל אלעס זיין איבערגעדרייט, זאל נישט זיין קיין עסן - אבי ברענגען קינדער; וואס האט מען פון א שיינע גלאנציגע שטוב ווען עס איז נישטא קיין דורות... בקיצור, אלעס וואס דו רעכנסט אויס - לוינט נאכאלץ צו קענען ברענגען ליכטיגע דורות.


בעט דעם אייבערשטן פאר איר און פאר דיר, בעט דעם אייבערשטן אלעס זאל גיין בנקל ובנחת, עס זאל זיין פרייליך און די שכינה זאל רוען ביי ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - ווי לאנג נאך גיי איך ליידן פון שרעקליכע קאפ שמערצן?
תהלים, רפואה, שמחה, מזוזה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי לאנג נאך גיי איך ליידן פון שרעקליכע קאפ שמערצן, ווי לאנג נאך וועל איך האבן די מייגרעין העדעיקס? איך קען נישט מער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - עש"ק פרשת יתרו, מברכים החודש, שובבי"ם, כ"ג שבט, שנת תשפ"ד לפ"ק


 


מרת ... תחי'


אז איר וועט זיין פרייליך - וועט אוועק גיין די מייגרעין העדעיקס; דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "כָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", אלע מחלות און אלע קרענק קומען - ווייל מען איז דיפרעסט און נישט פרייליך, "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטוירים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע, ווייל מען איז נישט פרייליך.


אויך זאלט איר געבן בודק זיין די מזוזות פון שטוב, און אויך זאלט איר זאגן אביסל תהלים יעדן טאג. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין נד.): "חש בראשו", אז מען האט קאפ וויי – "יעסוק בתורה", זאל מען לערנען תורה; ביי פרויען איז דאס זאגן תהלים.


אז איר וועט זיין פרייליך, איר וועט זוכן גוטס אין זיך און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייך - וועט איר מער נישט האבן קיין קאפ וויי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - ווען זאל מען לאזן וויסן פאר'ן שדכן אז ס'איז דא א געזונט פראבלעם?
שידוכים, רפואה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א ברודער, אן עלטערער בחור וואס ווארט אויף א שידוך. איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי ער ליידט אויף צוקער, ווען איז די ריכטיגע צייט צו לאזן וויסן פאר די אנדערע זייט איבער דעם? און ווער זאל זיין דער וואס זאגט זיי עס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געזען פונעם גרויסן גאון וצדיק רבי חיים קנייבסקי זכר צדיק לברכה זייער א קלארע גאנג פאר א בחור און מיידל וואס האבן א געזונטהייט קאמפליקאציע, ווי צום ביישפיל מען ליידט אויף צוקער וכדומה; מען זאל נישט זאגן אין אנהויב ווען מען רעדט די שידוך - אז מען האט דאס, נאר ערשט זאל מען ארויסגיין, זיך באקענען איינער מיטן צווייטן, און פאר מען וויל שליסן די שידוך זאל מען זיך אוועק זעצן ביידע זייטן און אויסשמועסן די געזונט צושטאנד.


פון איין זייט טאר מען נישט מאכן א שידוך ווען עס איז דא א געזונטהייט קאמפליקאציע - אן דערציילן, און פון די אנדערע זייט, זאגן אין אנהויב פארן שדכן - וועט מען נישט אנטראגן די שידוך, אבער אז מען הויבט אן זיך באקענען און ערשט שפעטער דערציילן - אזוי האט דער גאון וחכם געראטן, און אזוי ענטפער איך אויך ווען מען פרעגט מיך.


דער עיקר איז תפילה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים. אויך זאל מען טון די סגולות פון רבי'ן, דער רבי זאגט (שם אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ", וועם עס איז שווער צו טרעפן זיין שידוך, "יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן די פרשה פון קרבנות הנשיאים, זאגן יעדן טאג די פרשה וואס מען ליינט חנוכה, די פרשה פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן"; עס זאגן מיט אמונה, בתמימות ובפשיטות, און נאכן זאגן זאל מען בעטן דעם אייבערשטן די תפילה:


"הייליגער באשעפער, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר א שידוך. עס איז מיר אזוי שווער צו זיין אליין, א פלג גוף. איך וויל זיין ערליך, איך וויל אויפשטעלן א אידישע שטוב, איך וויל חתונה האבן, זיין אפגעהיטן בקדושת הברית, זיין הייליג און ריין.


רבונו של עולם, איך האב געזאגט קרבנות הנשיאים, איך האב געטון די סגולה פון הייליגן רבי'ן רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו, העלף מיר איך זאל שוין יעצט טרעפן מיין שידוך, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#51 - וואס טוט מען ווען א קינד קריכט נישט געהעריג?
חינוך הילדים, רפואה, קינדער, תפילה והתבודדות, טערעפי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אונזער טאכטער איז שוין א יאר און צוויי חדשים, געזונט און שטארק ברוך ה', אבער זי קריכט נישט אויף די הענט און פיס, זי רוקט זיך נאר זיצעדיגערהייט, און זי קען אויך שטיין אליין.


מענטשן וואס טוען אין דעם ענין פון די אנטוויקלונג פונעם קינד, האבן געזאגט פאר מיין ווייב אז דאס קריכן אויף פיר העלפט פאר די אנטוויקלונג פונעם מח, און ס'איז נישט ראטזאם אז א קינד זאל איבערהיפן דעם שטאפל אין לעבן, פון קריכן אויף די הענט און פיס.


די שאלה איז אויב מיר זאלן נעמען דאס קינד צו א פלאץ וואו מען ארבעט אויף די סארט זאכן? וואס ווי פארשטענליך קאסט עס אויך א שיינע סומע געלט, אדער זאלן מיר איר לאזן זיך אליין אנטוויקלען אויף איר אייגענע וועג, אן זיך אריינמישן פון אינדרויסן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס מאכט נישט אויס אויב א קליין קינד קריכט אויף אלע פיר פיס אדער עס ריקט זיך פון איין פלאץ צום צווייטן פלאץ אזוי זיצעדיג; עס זענען דא קינדער וואס קריכן, און קינדער וואס ריקן זיך אזוי וכו', עס פעלט נישט אויס צו טון דערוועגן, ווייל די וואס קריכן - זענען נישט מער אויסגעשארפט ווי די וואס קריכן נישט.


אז דו ווילסט דיין קינד זאל אויפוואקסן דאס בעסטע און שענסטע - זאלסטו יעדן אינדערפרי בעטן פאר דריי מינוט אויפן זייגער פאר זיי, וועלן זיי אויפוואקסן געזונט און ערליך. אזוי ווי מיר ווייסן די מעשה וואס מוהרא"ש האט אונז אזויפיל דערציילט, וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער - זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדֵי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד, וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם. לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּךְ נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש, און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה זיין צו ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - ווי אזוי שטארקט מען זיך, נאכ'ן כאפן קלעפ פונעם אייבערשטן?
התחזקות, רפואה, חיזוק פאר פרויען, אמונה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פון וואו נעמט מען די כוחות ווייטער אנצוגיין? אין די לעצטע האלבע יאר האב איך צוויי מאל אנגעהויבן ווארטן, און ביידע מאל פארלוירן לא עלינו. איך האב נישט קיין שום קשיות אויפ'ן אייבערשטן, איך ווייס אז אלעס וואס ער טוט איז גוט, פון וואו נעמט מען אבער די כוחות ווייטער אנצוגיין? פארוואס זאל איך וועלן נאכאמאל אנהייבן ווארטן? איך האב מורא נאכאמאל צו פארלירן. עס איז יסורי הגוף והנפש וואס קיינער קען נישט פארשטיין, מען קען עס פאר קיינעם נישט דערציילן, און מען דארף ווייטער אנגיין כאילו גארנישט האט פאסירט, און דאס קאסט אסאך אסאך כוחות. איך בין בסך הכל א קליין מענטשעלע מיט א הארץ פון פלייש, וויפל קען איך פארנעמען?


איך שרייב די בריוו און איך וויין, ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אראפנעמען פון זיין טייערע צייט און מיר געבן אביסל חיזוק, ווייל איך קען נישט מער כאפן קלעפ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קלעפ? ווער כאפט קלעפ? פארוואס זאלט איר דאס אנקוקן ווי קלעפ? דער אייבערשטער איז אזוי גוט, ער מאכט נאר גוט, ער היט דעם מענטש פון אזויפיל שלעכטס, און אנשטאט מיר זאל אים דאנקען - קוקן מיר אויף די חסדים ווי דאס איז קלעפ?!


אז איר האט צוויי מאל פארלוירן אין איין צי - איז דאס קלעפ? דאס איז רחמים וחסדים; וואס ווייסן מיר קליינע מענטשעלעך דרכי המקום ברוך הוא? וואס ווייסט איר וואס מען היט אייך אפ פון הימל? עס איז אלעס רחמים וחסדים גדולים.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די שיינע שטוב וואס איר האט, און ווי מער איר וועט דאנקען - וועט קומען נאך און נאך חסדים


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#49 - וואס זענען די מנהגים ביים ניינטן חודש?
רפואה, קינדער, מנהגים, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט נאכאמאל פרעגן, אזוי ווי איך האב נישט באקומען קיין ענטפער, וואס זענען די מנהגים ביים ניינטן חודש? איז דא ביי אונז ספעציעלע מנהגים וואס מען דארף טון? דער מאן דארף עפענען דעם ארון קודש? אדער איז דא נאך זאכן וואס מיר דארפן וויסן?


איך וויל נישט שטערן דעם ראש ישיבה שליט"א, אבער תורה היא וללמוד אני צריך, איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז קענען ענטפערן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די מנהגים פון די ניינטע חודש אין ברסלב איז איין זאך: "דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען האלט שוין דא, און בעטן אויף ווייטער".


אלעס אנדערש איז פיין און וואויל, אבער דאס איז דער עיקר - דאנקען און לויבן, און בעטן אלעס זאל גיין בנקל ובנחת.


עס איז דא א גוטער מנהג אז מען גייט פתיחת הארון אין די ניינטע חודש, אבער דער עיקר איז - האלטן קאפ וואס איז עיקר און וואס איז אויך גוט; דער עיקר איז נוצן די מויל אויף דאנקען און לויבן, און בעטן.


די מנהגים איז נישט נאר אין די ניינטע חודש; אויך אין די אכטע חודש, אויך אין די זיבעטע און אזוי ווייטער.


נישטא וואס צו וויסן און נישטא וואס צו זארגן, עס קומט די מינוט און מען באקומט א מתנה פון אייבערשטן, א קינד; אן וויסן און אן זיך לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - ווארטן צו געבן וואקסינען פאר די קינדער ווען זיי הויבן אן גיין אין שולע?
רפואה, קינדער, סקול, וואקסינען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל שוין יעצט געבן שאטס פאר מיין טאכטער? אדער קען איך ווארטן אביסל ביז פאר זי גייט אין סקול?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס האט שאטס מיט סקול? שאטס געבט מען פאר געזונט, נישט ווייל מען זאל קענען שיקן די קינדער אין סקול; וואלט ווען שאטס געווען נישט קיין געזונטע זאך - וואלט מען ווען נישט געטארט דאס געבן פאר די קינדער, אפילו די מוסד פארלאנגט דאס.


מיר פירן זיך צו געבן שאטס אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט, אפילו אינמיטן ווינטער ווען עס איז זייער קאלט (אין אוקריינא אין א געווענליכן ווינטער גייט אראפ דער גראד ביז אונטער זערא; עס קען אפילו אראפגיין ביז דרייסיג דעגרי אונטער זערא) - דארף מען נעמען די קינדער צום דאקטער זיי צו געבן שאטס וכו' (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד).


מוהרא"ש שרייבט קלאר (שו"ת ברסלב חלק לב, מכתב ג' תתקפב): "וְלָכֵן מֻכְרָחִים לְחַסֵּן אֶת הַיְלָדִים כְּשֶׁהֵם קְטַנִּים נֶגֶד כָּל מִינֵי מַחֲלוֹת וָחֳלָאִים רָעִים שֶׁנִּמְצָאִים וְכוּ'", מען מוז געבן שאטס פאר די קינדער ווען זיי זענען קליין קעגן אלע שלעכטע קרענק וכו', "וְאָסוּר לִהְיוֹת חָכָם בְּעֵינָיו", און נישט זיין קיין אויבער חכם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#47 - פעלט אויס צו נעמען א באגלייטער אין שפיטאל פאר א שמחה?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער, חסידות ברסלב, אמונה, צדיקים, תודה והודאה, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך זייער באדאנקען פון טיפן הארצן פאר די הערליכע שיעורים וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אזוי שיין, מיט אבנארמאלע כוחות.


די עצות פון רבי'ן באשיינען מיין נייע חתונה געהאטע לעבן אויף א פארנעם וואס מען קען נישט באשרייבן. איך קען זיך גארנישט פארשטעלן ווי אזוי איך וואלט זיך באגאנגען אן דעם.


איך וואלט געוואלט וויסן דעם ראש ישיבה'ס מיינונג אויף די פאלגענדע:


ברוך ה' אז מיר ווארטן אונזער ערשטע קינד בשעה טובה ומצלחת, איך בין אבער נישט רואיג מיט דעם וואס איך האב זיך איינגעשריבן פאר קלאסן וואס העלפן זיך צוגרייטן צו די שמחה, און גענומען די זעלבע פרוי זי זאל זיין מיין באגלייטער אין שפיטאל, כאטש וואס איך האב געהערט נאר גוטע אינפארמאציע אויף איר. איך פיל אז איך וויל גיין נאר מיט'ן אייבערשטן, ברוך ה' אז דער אייבערשטער האט אלעס געפירט אזוי גוט און פיין ביז אהער, און איך ווייס ער וועט מיר העלפן אויך ווייטער, איין מאל איך מיש דא אריין א פרעמדע, פיל איך ווי זאכן טוישן זיך.


איך טראכט אז איך זאל ענדערש דאס אפלאזן, און צוריק נעמען דאס געלט און עס נוצן אויף זיך צו גיין אפרוען אויף נאכדעם. איז דאס ריכטיג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי איר שטארקט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק. איר שרייבט אינעם בריוו, איר ווייסט נישט ווי אזוי איר וואלט געקענט לעבן אנעם רבי'ן, דער ענטפער איז, מען קען טאקע נישט לעבן אנעם צדיק; מען לעבט א פארלאשענעם לעבן, אן טעם, אן חיות, פול מיט צער און ווייטאג, און דער צדיק, דער הייליגער רבי - געבט א טעם אין לעבן, מען שפירט א זיסקייט יעדע רגע אינעם לעבן.


בנוגע וכו'; עס פעלט טאקע נישט אויס, דאס גרינגסטע איז ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן. דאס גאנצע לעבן ווערט גרינגער ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן, און זיכער ווען מען גייט צום געבוירן - איז דאס פונעם אייבערשטן אליינס. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.): "שלשה מפתחות בידו של הקדוש ברוך הוא שלא נמסרו ביד שליח", איינע פון די שליסלען איז דער שליסל פון געבוירן.


ענדערש נעמט די געלט און גייט זיך אפרוען נאכן האבן דאס קינד, ווי איידער אויסגעבן געלט פאר זיך לערנען ווי וכו'; מען ווערט דארט גארנישט קלוגער, מען ווערט נאר מער דערשראקן.


פון ווען איר גייט אריין אין שפיטאל זאלט איר זיך אונטער זינגען: "כי טוב ה', דער אייבערשטער איז גוט", דאס איז מסוגל פאר א גרינגע געבורט. אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב), מזמור לתודה איז מסוגל להולדה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - ווי אזוי קענען מיר זיך באדאנקען פאר די חיזוק אין די שווערע צייטן?
התחזקות, רפואה, קינדער, הכרת הטוב, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא שרייבט מרת ... בשם מיין מאן שיחי'. פאר א יאר צוריק האבן מיר געשריבן א בריוו, אנגעזאפט מיט טרערן, וואס וועט זיין?! שוין אפאר חדשים פון די חתונה און עס הערט זיך נאך נישט קיין נייעס, דער ראש ישיבה האט אונז אזוי שיין מחזק געווען, געשטארקט אויף תפילה, צדקה און אמונה.


יעצט, יישר כח אייבערשטער, וויל איך מבשר זיין אז עס הערט זיך שוין א גוטע בשורה.


די בריוו פון דער ראש ישיבה ליגט אונטער מיין קישן, און די ווערטער "איר וועט נאך האבן א שיינע שטוב מיט קינדער", האבן מיר געגעבן די חיזוק אין די מינוטן וואס די אמונה האט זיך פארלאשן. יישר כח.


מיר בעטן כסדר אז דער אייבערשטער זאל געבן כח און געזונט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט. נישטא קיין ווערטער צו דאנקען.


יישר כח


משפחת ...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר די ניסים און חסדים וואס ער טוט מיט אייך און בעטן אויף ווייטער, ווייל ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - אלץ מער זעט מען ניסים אין לעבן.


יעצט אין די חדשים וואס מען ווארט אויף קינדער איז כדאי צו זאגן די נעמען פון די צדיקים. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט פאר אלע פרויען וואס ווארטן אויף קינדער, זאלן זאגן שמות הצדיקים. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; מען זאגט נעמען פון צדיקים וואס מען קען פון אויסנווייניג: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, נאכדעם בעט מען דעם אייבערשטן די תפילה אז בזכות די הייליגע צדיקים זאלן מען זוכה זיין צו האבן א געזונט קינד, אלעס זאל גיין גרינג און אין די ריכטיגע צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#45 - ווען מיינע עלטערן קריגן זיך, ווי אזוי דארף איך רעאגירן?
התחזקות, כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, רפואה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די ערשטע זאך וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך וויל בעטן חיזוק, מיין מאמע איז נעבעך קראנק מיט די ביטערע מחלה, און מיין טאטע רייכערט דראגס, זיי קריגן זיך ארום א גאנצן טאג, און עס איז מיר זייער שווער דאס צוצוקוקן. זיי כאפן נישט ווי ווייט עס שאדט פאר מיר, ווייל איך ווייז עס נישט ארויס, אבער זייער אסאך מאל ביינאכט וויין איך אין בעט, עס איז מיר זייער שווער. אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה וואס צו טון און ווי אזוי צו רעאגירן אין אזא צייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טייערער ליבער הארציגער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך. בעט דעם אייבערשטן אז דיין מאמע זאל זיין געזונט, תפילה איז שטערקער פון טבע, אפילו עס איז שוין נאכן גזירה - קען מען מיט תפילה אויס'פועל'ן א רפואה.


ביים רבי'ן האט פאסירט א מעשה, אמאל איז געקומען רבי שמעון דעם רבינ'ס תלמיד - צום רבי'ן, ער האט געוויינט צום רבי'ן: "מיין קינד איז קראנק, דער רבי זאל אנוואונטשן דאס קינד זאל זיין געזונט און שטארק"; דער רבי האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט. רבי שמעון האט פרובירט בעטן נאכאמאל: "דער רבי זאל וואונטשן אז דאס קינד זאל האבן א רפואה שלימה", אבער דער רבי האט זיך ווייטער נישט וויסנדיג געמאכט. רבי שמעון איז אהיים זייער צעבראכן, ער האט געזאגט פאר זיין ווייב: "דער רבי האט מיר נישט געוואלט וואונטשן, דער רבי האט מיר נישט געענטפערט".


רבי שמעון'ס ווייב איז זייער דערשראקן געווארן, זי האט נישט געוואלט טראכטן פון אויפגעבן, זי איז געווען א צדיקת. זי האט גענומען דעם תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן, זי האט געוויינט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיין קינד זאל זיין געזונט, העלף דאס קינד זאל האבן א רפואה שלימה", זי איז געבליבן א גאנצע נאכט נעבן דעם קינד, געוויינט צום אייבערשטן א גאנצע נאכט.


אינדערפרי איז רבי שמעון געגאנגען דאווענען מיטן רבינ'ס מנין, דער רבי זאגט אים מיט א שמייכל: ,ווען דו ביסט געקומען בעטן א ברכה פארן קינד האב איך געזען עס איז נגזר געווארן א גזירה אז דאס קינד מוז שטארבן, דעריבער האב איך גארנישט געזאגט, אבער יעצט זע איך אז די גזירה איז איבערגעדרייט געווארן, דיין ווייב האט מיט אירע תפילות גע'פועל'ט אז דאס קינד זאל זיין געזונט און זי האט מיט אירע תפילות גע'פועל'ט לאנגע געזונטע יארן פארן קינד".


בעט דעם אייבערשטן פאר דיין מאמע זי זאל זיין געזונט און שטארק, און זיי מכבד דיין טאטע; עס איז נישט דיין געשעפט וואס דיין טאטע טוט, דו זיי שטארק ביי דיר מיט די מצוה פון כיבוד אב ואם דו זאלסט זיך נישט קריגן, נאר ביידע מכבד זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.