שאלה אין קורצן ענין
#36 - ווי אזוי זאגט מען די שמות ביי קריאת שמע שעל המטה להאריז"ל?
שאלות, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין זכות פון די שיעורים האב איך אנגעהויבן ליינען קריאת שמע שעל המטה יעדע נאכט, און לעצטנס האב איך אנגעהויבן ליינען די קריאת שמע שעל המטה פונעם אריז"ל, יישר כח.


איך וויל וויסן ווי אזוי מ'זאגט די אלע הייליגע שמות וואס שטייט דארט, ארויסזאגן די אותיות יוד הא? אדער מיט א ק', יוד קיי? אדער סתם קוקן דערויף און עס נישט ארויסזאגן? אדער זאגן שם אקיה, אדנע, הויה, און דאס גלייכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת טהרה, ו' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ליינסט קריאת שמע של אריז"ל פאר דו גייסט שלאפן; רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות, קריאת שמע שעל המטה, הלכה ב) אז ווען א מענטש ליינט קריאת שמע ביינאכט פאר ער גייט שלאפן און ער איז זיך מתוודה – "אֵינוֹ זָז מִשָׁם עַד שֶׁמוֹחֲלִין לּוֹ", איז מען אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


בנוגע די שמות, צי מען זאגט דאס וכו'; מען זאגט נישט ארויס די שמות, דאס איז מען מכוון. ווי למשל ביים אנהייב פון ווידוי: "וְאַתָּה בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים תָּשׁוּב וּתְיַחֵד שְׁלֹשָׁה אוֹתִיוֹת רִאשׁוֹנוֹת שֶׁל שְׁלֹשָׁה שְׁמוֹתֶיךָ הַיְקָרִים..." - דאס זאגט מען נישט ארויס נאר מען טראכט פון די ערשטע דריי אותיות, י'הו"ה א'הי"ה א'דנ"י (יא"א), "וְשֵׁם קָדְשֶׁךָ בְּמִלוּי אַרְבַּע יוּדִי"ן שֶׁהוּא בְּגִימַטְרִיָּא ע"ב" - דאס זאגט מען אויך נישט, נאר מען איז מכוון די אותיות פונעם אייבערשטנ'ס נאמען וואס באטרעפט צוויי און זיבעציג אויב מען שרייבט עס אויף דעם אויפן: "כָּזֶה (יו"ד ה"י וי"ו ה"י), וְיָאִיר בִּרְצוֹנְךָ בְּעוֹלָם הָאֲצִילוּת וְאַל יְהֵא מוֹנֵעַ".


נאך קריאת שמע רעדט מען נישט אויס, אבער צום אייבערשטן מעג מען און מען מוז אלעמאל רעדן; זיי זיך מתבודד, שמועס מיטן אייבערשטן ביז דו שלאפסט איין, וועט דער שלאף זיין אן אנדערע שלאף, עס וועט זיין א שלאף מיטן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#35 - פארוואס עסט מען אומשולדיגע בעלי חיים?
אמונה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פארשטיין פארוואס דער אייבערשטער האט געמוזט באשאפן די וועלט אויף אזא וועג אז מ'זאל מוזן הרג'ענען אומשולדיגע בעלי חיים זיך צו שפייזן אויף זיי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אויף אן אופן אז מען זאל עסן פיש און פלייש אז מען זאל שחט'ן בהמות - איז דאס נישט קיין צער בעלי חיים, די הייליגע תורה ווייסט אויך וואס צער בעלי חיים איז.


אנטלויף פון די אלע נארישע שיטות פון די וועדזשעטעריענס וואס דאס וועט דיר נאר משוגע מאכן און פארדרייען דיין לעבן, און דו וועסט גארנישט האבן פון דעם. ענדערש זאלסטו זיך אריין לייגן אין אמונה; זאלסט חזר'ן טאג און נאכט אז עס גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, און אלעס וואס מיר זעען איז נאר א פארשטעלאכץ מיט וואס דער אייבערשטער האט זיך אנגעטון; דער אייבערשטער איז אין יעדע זאך - אין דומם, צומח, חיה, מדבר - אלעס איז נאר א פארשטעלאכץ פונעם אייבערשטן, דורכדעם וועסטו האבן א גוטע לעבן. וואויל איז דעם וואס גייט בדרך התורה, דער לעבט א גוט לעבן בזה ובבא.


איך האף אז דו וועסט אנעעמען מיינע ווערטער - וועט דיר גוט זיין.

#34 - מעג איך האבן ווי כאילו א בילד פון באשעפער ביי מיר אין קאפ?
אמונה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים און חיזוק, דאס פירט מיר צום ריכטיגן וועגן אין שלום בית, פרנסה, און נאך פיל. די שיעורים זענען ממש כמים קרים על נפש עיפה.


פון קינדווייז אן האב איך ביי מיר אין קאפ א געוויסער בילד ווי כאילו דער אייבערשטער זעט אויס אזוי. איך בין אלעמאל געווען באקוועם דערמיט, עס העלפט מיר ביים דאווענען וכדומה, און דאס איז מיר לכאורה אריינגעקומען אין קאפ פון קינדערישע דמיונות אדער פון ביכלעך צו קאלירן.


מיין שאלה איז אויב דאס איז עפעס וואס איך טאר נישט טראכטן. דארף איך דאס ארויסהאקן פון קאפ? אדער אפשר איז דאס גאר א מעלה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר געפונען אין זוהר הקדוש (פרשת נשא, דף קכז עמוד ב; ועוד) אז יעדעס מאל ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי האט אנגעהויבן לערנען מיט די הייליגע חבריא קבלה האט ער צו ערשט אנגעפאנגען מיטן פסוק (דברים כז, טו): "אָרוּר הָאִישׁ אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה פֶסֶל וּמַסֵּכָה", פארשאלטן זאל זיין דער וואס מאכט א געשטאלט פונעם אייבערשטן; דער אייבערשטער איז נישט קיין געשטאלט, ער האט נישט קיין שום שייכות מיט אן אויסזען און מען קען אים נישט אויסמאלן, מען דארף גלייבן אז דער אייבערשטער איז איבעראל און עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויסער אים.


געוואוין זיך צו כסדר צו חזר'ן די אני מאמין'ס וואס איז די יסוד פון די הייליגע אמונה; ביי אונז פירט מען זיך יעדן אינדערפרי גלייך נאך ברכת התורה צו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס, אזוי הייבט מען אן דעם טאג מיט אמונה. דעריבער זאלסטו זיך צוגעוואוינען יעדן אינדערפרי צו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס, בפרט זאלסטו אסאך חזר'ן די דריטע אני מאמין: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אֵינוֹ גוּף, וְלֹא יַשִּׂיגוּהוּ מַשִּׂיגֵי הַגּוּף וְאֵין לוֹ שׁוּם דִּמְיוֹן כְּלָל", זאג עס אין אידיש: "איך גלייב אז דער אייבערשטער איז נישט קיין געשטאלט, עס עקזעסטירט נישט ביי אים די מציאות פון א געשטאלט און מען קען אים נישט אפמאלן"; אז דו וועסט דאס אסאך חזר'ן וועסטו זוכה זיין צו האבן א ריינע אמונה.


געוואוין זיך צו צו קוקן אויפן הימל ווען דער הימל איז לויטער, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן יד): "כְּשֶׁתִּסְתַּכֵּל בַּשָּׁמַיִם כְּשֶׁהֵם זַכִּים וּבְהִירִים תִּזְכֶּה לֶאֱמוּנַת חֲכָמִים", עס איז א סגולה צו האבן אמונה אז מען קוקט אויפן הימל.


אז דו וועסט זיך צוגעוואוינען צו רעדן אסאך צום אייבערשטן וועסטו זוכה זיין צו האבן א קלארע אמונה אן קיין דמיונות.

#33 - ווי אזוי מעג א חתן רעדן מיט זיין כלה?
שידוכים, חתונה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך מודיע זיין פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז איך בין ב"ה א חתן געווארן למזל טוב, און איך מוז דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א אז נאר דורך די שיעורים און דרשות האב איך זיך געקענט דערהאלטן, דער ראש ישיבה האט מיר אויסגעלערנט צו זיין א איד, ווען דער יצר הרע רעדט מיר צו צו שלעכטס, שפיר איך ווי דער ראש ישיבה שטייט נעבן מיר און ווארנט מיר אז ס'לוינט זיך אים נישט צו פאלגן...


פון די שיעורים האב איך זיך אויסגעלערנט ווי אזוי מ'דארף זיך גרייטן צו די חתונה, וואס ס'מיינט געבן גוטע ווערטער פאר א צווייטן, ובפרט פאר א ווייב. יעצט איז מיין שאלה אזוי ווי ביי אונז פירט מען זיך אז דער חתן רעדט מיט די כלה איינמאל א וואך, צי מעג דער חתן געבן גוטע שיינע ווערטער פאר די כלה, אדער דאס איז דוקא נאר פאר נאך די חתונה?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעס גוטס.


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן זאב נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו שפירסט ווען דער יצר הרע רעדט דיר איין צו טון שלעכטס ווי איינער שטייט נעבן דיר און ווארנט דיר וכו'; דאס איז זייער א גוטע הנהגה, אזוי זאגט דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו (צעטל קטן, אות יב): "יְצַיֵּיר בְּמַחְשַׁבְתּוֹ תָּמִיד וכו' כְּאִלוּ אִישׁ אֶחָד עוֹמֵד סָמוּךְ לוֹ וּמְעוֹרֵר אוֹתוֹ בְּקוֹל רַעַשׁ גָדוֹל לְקַיֵּים כָּל הַנְהָגוֹת אֵלוּ וכו'", א מענטש זאל זיך שטענדיג אויס משל'ן ווי איינער שטייט נעבן אים און איז אים מחזק ער זאל נישט פאלגן דעם יצר הרע, "וּכְּשֶׁיַרְגִיל עַצְמוֹ כַּךְ, אֲזַי בְּמֶשֶׁךְ הַזְמַן יָבֹא עָלָיו הִתְעוֹרְרוֹת גָדוֹל מִצַד נִשְׁמָתוֹ רִשְׁפֵי אֵשׁ שַׁלְהֶבֶת יָ"הּ", אויב וועט ער אזוי טון וועט אים מיט די צייט ווערן גרינגער צו דינען דעם אייבערשטן.


בענין ווי אזוי צו רעדן מיט די כלה וכו'; מען דארף אכטונג געבן צו רעדן נאר פאזעטיוו, קיינמאל זיך נישט אוועק מאכן און זיכער נישט דערציילן קיין שלעכטע מעשים מיט וואס מען איז דורך געפאלן חס ושלום.


שלמה המלך זאגט (משלי יז, כח): "גַּם אֱוִיל מַחֲרִישׁ חָכָם יֵחָשֵׁב", אפילו א נארישער מענטש - אויב שווייגט ער וועט מען אים אנקוקן ווי א קלוגער מענטש; רעדן איז זייער א גוטע זאך אבער מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן. דער עיקר דארף מען רעדן נאר פאזעטיוו; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, אזוי וועט זי דיר ארויף קוקן און וועלן בויען מיט דיר א שיינע שטוב.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, ה): "אַל תַּרְבֶּה שִׂיחָה עִם הָאִשָּׁה", מען זאל נישט פארמערן צו רעדן מיט די אייגענע ווייב; שטעלט זיך א קשיא, מיט וועם דען זאל מען רעדן אז נישט מיט די ווייב? זאגט מוהרא"ש (עיין ברטנורא שם), אז דער פשט איז מען זאל נישט דערציילן פאר די ווייב קיין שוואכקייטן און קיין שום נעגעטיווע זאכן פון זיך, ווייל ווען די ווייב הערט אז דער מאן איז נישט בסדר אין אידישקייט, אדער זי הערט סתם זיינע שוואכקייטן, הייבט זי אן מזלזל זיין אין אים און דאס ברענגט נאכדעם מחלוקת. דערפאר זאלסטו זיך נישט זעלבסט אראפקלאפן און איר אויך נישט אראפקלאפ מיט איר משפחה; פארגין צו געבן גוטע ווערטער, מען טאר נישט זיין קיין קמצן ווען עס קומט צו געבן גוטע ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל און זוכה זיין צו ליכטיגע אידישע דורות, אמן.

#32 - וואס איז שלעכט מיט א גראמער ביים קבלת פנים?
חתונה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א מאכט אוועק דאס נעמען א גראמער ביים קבלת פנים אז ער זאל מעורר זיין דעם חתן צו וויינען, איך פארשטיי נישט פארוואס דאס איז אזוי שלעכט, דער חתן ביום חופתו דארף דאך טאקע וויינען און זיך אויסבעטן פאר זיין נייעם לעבן אין וואס ער גייט יעצט אריין, וואס איז אזוי שלעכט אז מ'נעמט א גראמער אים מעורר צו זיין צו וויינען און זיך אויסבעטן?


יישר כח, מענדל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן מענדל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז א חתן ביום חופתו האט זייער א גרויסע כח צו פועל'ן ישועות אין הימל - סיי פאר זיך, פאר זיינע קומענדיגע דורות און פאר אנדערע אידן.


עס איז באקאנט די סיפור אז דעם רבינ'ס טאכטער איז געקומען צום רבי'ן זיך באקלאגן אז איר דינסט האט איר איבער געלאזט און זי דארף א דינסט צו העלפן אין שטוב, האט איר דער רבי געפרעגט: "האסט געבעטן דעם אייבערשטן פאר א דינסט ווען דו ביסט געשטאנען אונטער די חופה?" זעט מען וואסערע כח חתן כלה האבן ביום חופתם; מען קען אין דעם טאג אלעס פועל'ן.


דאס וואס דו פרעגסט פארוואס מען מאכט אוועק דעם מנהג צו נעמען א בדחן וואס זאל מאכן וויינען דעם חתן ביים קבלת פנים וכו'; איך זאג נאר וואס איך האב מקבל געווען פון מיין רבי מוהרא"ש. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר חתנים, אז עס איז א רחמנות אויף א חתן וואס מען דארף אים מאכן וויינען וכו'; וויינען דארף מען דורכאויס דעם טאג בין תנור לכיריים, א קלוגע חתן ווארט נישט מען זאל אים מאכן וויינען ווען ער קומט צו די חתונה בשעת'ן קבלת פנים, דעמאלט דארף דער חתן מקבל פנים זיין אלע וואס קומען אים ווינטשן מזל טוב, אננעמען זייערע ברכות און יעדן איינעם צוריק ווינטשן. א קלוגע חתן ניצט אויס דעם יום החופה ווי עס דארף צו זיין.


דער מנהג איז אז חתן כלה זאגן אויס תהילים ביום חופתם, דעמאלט איז מען זיך מתבודד, מען פארציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס מען איז אריבער, מען איז זיך מודה ומתוודה, מען זאגט וידוי פון יום כיפור - אלע על חטא'ס וכו' און מען טוט תשובה מיט א פרישע קבלה אויף ווייטער.


מוהרא"ש ברענגט דעם מנהג פון נעמען א בדחן ביים קבלת פנים (עיין בקונטרס יום הנישואין, אות י'): "וְעַל כֵּן הַמִּנְהָג שֶׁאֶחָד אוֹמֵר דִּבְרֵי כְּבוּשִׁין בְּדֶרֶךְ חֲרוּזִים בְּנִגּוּן הַמְעוֹרֵר אֶת הַחָתָן, וְלִמְשֹׁךְ אֶת לְבָבוֹ אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", דער מנהג איז צו נעמען א בדחן זאל מעורר זיין דעם חתן, אבער מוהרא"ש פירט אויס: "וְאַשְׁרֵי מִי שֶׁמִּתְעוֹרֵר בְּעַצְמוֹ, וְאֵינוֹ צָרִיךְ שֶׁיְּעוֹרְרוּ אוֹתוֹ", וואויל איז דער וואס נוצט אויס די צייט ווי עס דארף צו זיין און דארף נישט צוקומען אז איינער זאל אים מאכן וויינען וכו', עיין שם.


דער עיקר דארף א חתן כלה וויסן אז בשעת זיי גייען צו די חופה איז מען זיי מוחל אלע עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יז, א; הובא ברש"י בראשית לו, ג): "שְׁלֹשָׁה מוֹחֲלִים לָהֶן עֲוֹנוֹתֵיהֶן ... וְהַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה", פאר די דריי מענטשן איז מען מוחל אלע זייערע עבירות, איינע פון זיי - א חתן וואס האט חתונה; מען הייבט אן א פרישע בלעטעל אין לעבן.


דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטש טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו בויען א בית נאמן בישראל און צו דורות ישרים ומבורכים, אמן.

#31 - מעג איך גיין אין מקוה, אויב האב איך 'מורסע'?
רפואה, מקוה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר די אלע שיינע שיעורים און חיזוק ווערטער און דרשות, דער אייבישטער זאל אייך געבן די כח ווייטער צו אנגיין געזונטערהייט.


איך האב אסאך געהערט פון אייך איבער די גרויסקייט פון גיין אין מקוה יעדן טאג, אז דאס איז א גרויסע תיקון פאר די נשמה, און איך פלעג טאקע זייער מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן טאג.


די לעצטע פאר חדשים האב איך זיך באקומען די מורסע אינפעקשאן, און לויט מיין דאקטער איז מקוה די ערגסטע זאך פאר דעם, און אויך זאגט ער אז אנדערע קענען עס איבערכאפען אויב איך גיי. וויל איך פרעגן אויב איז דא עפעס וואס קען ערזעצן א מקוה, אדער זאל איך זיך בכלל נישט וויסענדיג מאכן אויף וואס דער דאקטער זאגט און זיך פארלאז'ן אויפ'ן בעל שם טוב הקדוש וואס זאגט אז איין טבילה וועט קיינמאל נישט שאטן?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס ושלום צו גיין אין מקוה ווען מען האט מורסע; מען קען גורם זיין אז אלע וואס טובל'ן זיך זאלן באקומען די מחלה לא עלינו.


אמת טאקע אז דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קכג): "מִקְוָה אֵינָהּ מַזֶקֶת כְּלָל, וְהַדָאקְטֶער שֶׁיֹּאמַר לוֹ שֶׁמִקְוָה מַזֶקֶת, אֵינוֹ דָאקְטֶער כְּלָל", מקוה שאדט נישט פארן מענטש, און אז א דאקטער זאגט אז מקוה שאדט איז דער דאקטער נישט קיין דאקטער, אדרבה, מקוה איז זייער געזונט און וויכטיג פארן געזונט פונעם מענטש, ווייל דער מענטש האט פול מיט קליינע לעכערלעך אין זיין גוף וואס פון דארט קומט ארויס די שווייס פונעם מענטש, די לעכערלעך דארפן זיין אפן און דורך די מקוה ווערט דאס געעפנט, אזוי ווערט דער מענטש געזונט; אבער אז דער מענטש האט א מחלה וואס אויב ער וועט גיין אין מקוה וועט זיך אריין כאפן די מחלה אין די וואסער דעמאלט טאר מען נישט גיין אין מקוה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א רפואה שלימה; ביז דערווייל זאלסטו יוצא זיין מיט תשעה קבין. ווען א מענטש איז אונטערוועגנס וואו ער האט נישט קיין מקוה, אדער ער איז נישט געזונט לא עלינו וכו', דעמאלט קען ער נעמען א שויער און לאזן רינען די וואסער פאר בערך פינף מינוט, מיט דעם זיך מטהר זיין.


פארשטייט זיך אז דאס איז נאר פאר א מאן און אויך נאר בשעת הדחק.

#30 - קען מען יוצא זיין לימוד שלחן ערוך, מיט'ן לערנען ליקוטי הלכות?
לימוד התורה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט אין א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי וויכטיג ס'איז צו לערנען יעדן טאג שלחן ערוך. איך האב נישט קיין שיעור אין שלחן ערוך, איך האב אבער יא זייער ליב צו לערנען יעדן טאג ליקוטי הלכות פון רבי נתן ז"ל, איז דאס גענוג, אדער דארף איך אויך לערנען געהעריג שלחן ערוך? ווייל מיין צייט איז זייער באגרעניצט.


יישר כח, משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ליקוטי הלכות און שלחן ערוך זענען צוויי באזונדערע זאכן; ליקוטי הלכות האט רבי נתן זכרונו לברכה געשריבן אויפן באפעל פון רבי'ן, דאס באשטייט פון חיזוק און עצות פאר יעדן איד אויף וואספארא מצב ער געפונט זיך. שלחן ערוך איז דער תמצית פון תורה שבעל פה, דער גאנצער איד איז אנגעהאנגען אינעם שלחן ערוך.


דערפאר האט דער רבי זייער מקפיד געווען אז יעדער איד זאל לערנען יעדן טאג שלחן ערוך, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען א הלכה, אפילו נישט כסדרן וואו מען האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ"שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


ווי לאנג מיינסטו נעמט צו לערנען הלכה? דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן: "מעט גם כן טוב", אביסל איז אויך גוט; זע צו פאלגן דעם רבי'ן, מאך דיר א שיעור יעדן טאג צו לערנען הלכה.


מוהרא"ש זאגט מען זאל האלטן אין טלית בייטל א קליינעם שולחן ערוך און יעדן טאג זאל מען לערנען מיט די רבינו תם'ס תפילין לכל הפחות איין הלכה, אזוי קומט אויס אז מען לערנט יעדן איינציגן טאג הלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#29 - איך מוטשע זיך מיט פרנסה, זאל איך זיך אריינלאזן אין לאטעריעס און געמבלינג?
פרנסה, שאלות, געמבלינג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שלום וברכה, איך האב געוואלט פרעגן וועגן קויפן די לאטערי, אדער פארשידענע אנדערע גורלות, ווי אויך איז דא געוויסע פארמעסטן וואו מ'צאלט אריין געלט אויפ'ן חשבון אז אויב ס'וועט זיין אזוי און אזוי וועט מען געווינען אסאך געלט, וויל איך וויסן אויב די אלע זאכן זענען אויסגעהאלטן על פי הלכה.


לעצטנס גייט מיר שווער אין פרנסה, האב איך זיך אריינגעלאזט אין די זאכן, איך ווייס אבער נישט אויב דאס איז אויסגעהאלטן, אדער אפשר איז דאס גאר אין כלל פון השתדלות פאר פרנסה.


איך הער אז ס'זענען דא מענטשן וואס ווערן פארקויפט פאר דעם און זיי פאלן אריין אין גרויסע חובות, פון די אנדערע זייט זעט מען אבער ביי מענטשן וואס לייגן זיך אריין אין ביזנעס אז זיי קענען אויך אריינפאלן אין חובות, און אפשר איז דא עפעס אן עצה אז מ'זאל נישט ווערן פארקויפט פאר דעם?


יישר כח, אהרן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זע צו זאגן יעדן טאג דעם "תיקון הכללי" - די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער רבי האט מגלה געווען צו מתקן זיין פגם הברית [קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ]; ווייל דאס וואס א מענטש מוטשעט זיך אזוי שווער צו ברענגען פרנסה קומט ווייל מען האט נישט מתקן דעם תיקון הכללי - פגם הברית.


דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט ער זיין אן ארימאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוצא זרע לבטלה רחמנא לצלן פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארימאן; און אז מען זאגט די צען קאפיטליך תהילים פאררעכט מען וואס מען האט פוגם געווען, און מען איז זוכה צו פרנסה בניקל (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט).


אז דו מוטשעסט זיך מיט פרנסה זאלסטו נעמען די עצה פון הייליגן רבי'ן זיך מתבודד זיין יעדן טאג; גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר געבן פרנסה גרינגערהייט, בעט אים: "הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, געב מיר פרנסה איך זאל קענען מפרנס זיין מיין ווייב און קינדער; עס איז מיר אזוי שווער, איך האב נישט קיין כח, וויפיל איך פארדין איז עס מיר נישט גענוג".


טייערער ברודער, וויסן זאלסטו אז עס איז נישט דא קיין זיסערע און געשמאקערע זאך ווי ווען א מענטש רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער וויינט צו אים און ער פארציילט אים אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, דורך דעם איז מען זוכה צו האבן פרנסה.


מוהרא"ש זאגט אז דאס איז מרומז אין פסוק (בראשית מג, ל): "וַיָּבֹא הַחַדְרָה וַיֵּבְךְּ שָׁמָּה", נאכדעם שטייט (שם, לא): "וַיִּרְחַץ פָּנָיו, וַיֵּצֵא וַיִּתְאַפַּק, וַיֹּאמֶר שִׂימוּ לָחֶם"; ווייל די טרערן וואס א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן און וואשט זיך אפ דערמיט זיין פנים, דאס נעמט אראפ אלע עבירות פונעם מענטש, דאס וואשט אפ דעם מענטש פון אלע זיינע שלעכטס ביז מען איז זוכה צו האבן פרנסה.


אז דו וועסט זיך צו געוואוינען צו מאכן התבודדות, דו וועסט אויס שמועסן דיין הארץ צום אייבערשטן וועט דיר ליכטיג ווערן דיין לעבן, דו וועסט אנהייבן לעבן מיט אמונה, דו וועסט זיך נישט אויפרעגן אויף יעדע קליינקייט וואס גייט אנדערש ווי דו ווילסט עס זאל גיין, וואס דאס איז אויך א גרויסע סגולה פאר פרנסה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סח): "כעס איז מזיק די פרנסה".


מיר זאגן דריי מאל טאג דעם מזמור "תהלה לדוד" (תהלים, קמה); ווען מען זאגט פּוֹתֵחַ אֶת יָדֶךָ דארף מען אינזינען האבן דעם שם פון חת"ך אפ"י, די ראשי תיבות פון פ'ותח א'ת י'דיך איז חת"ך אפ"י, דער שם איז מסוגל אויף פרנסה; ווייל אז מען שניידט אפ [חותך] דעם צארן [אפי] וואס דאס איז די כעס, דורכדעם איז מען זוכה צו האבן פרנסה, און אויב חס ושלום מען שניידט נישט אפ דעם אפי פארלירט מען די פרנסה.


לאז דיך אפ פון די אלע דמיונות פון לאטעריס און אנדערע סארט געמבלס; דאס איז אלעס א שפיל פונעם שטן ווי אזוי צו פארנארן מענטשן. וויי פאר די וואס פאלן אריין אין דעם ביטערן נעץ, מען פארלירט די גאנצע געלט און נאכדעם פארלירט מען דאס לעבן השם ירחם.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן א יאר מיט גרויס שפע.

#28 - דער ענין צו רעדן ווייניג אום ראש השנה, איז אויך ביים רעדן צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, שאלות, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דאס וואס דער רבי זאגט אז מ'זאל ווי ווייניגער רעדן אום ראש השנה, מיינט אויך מ'זאל ווייניג רעדן צום אייבערשטן אום ראש השנה?


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ד אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כא): "בְּרֹאשׁ־הַשָּׁנָה בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן, צְרִיכִין לְמַעֵט בְּדִבּוּר מְאֹד מְאֹד", ראש השנה דארף מען זייער אכטונג געבן צו רעדן וואס ווייניגער, "וְאָמַר: שֶׁאָדָם גָּדוֹל צָרִיךְ לְדַקְדֵּק בָּזֶה בְּיוֹתֵר", נאך האט דער רבי געזאגט אז א גרויסער מענטש דארף נאך מער אכטונג געבן נישט צו רעדן קיין איין איבעריגע ווארט ראש השנה, "עַל־כֵּן הוּא אֵינוֹ אוֹמֵר בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן אֲפִלּוּ הַפַּיִט, רַק מַה שֶּׁיָּסַד רַבִּי אֶלְעָזָר הַקָּלִיר, אֲבָל שְׁאָר הַפַּיִט אֵינוֹ אֹמֵר, מֵחֲמַת שֶׁאָדָם גָּדוֹל צָרִיךְ לְדַקְדֵּק אָז בְּיוֹתֵר לִבְלִי לְדַבֵּר שׁוּם דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ מֻכְרָח", דעריבער האט דער רבי זיך געפירט נישט צו זאגן די אלע פיוטים ראש השנה, ער האט נאר געזאגט נאר די פיוטים וואס דער הייליגער רבי אלעזר הקליר האט מתקן געווען, ווייל ראש השנה דארף מען זייער אכטנג נישט צו רעדן נאר וואס מען מוז.


אזוי פירן זיך טאקע אלע אנשי שלומינו מדור דור נישט צו רעדן ראש השנה; מען איז מקבל אויף זיך א 'תענית דיבור' אויף גאנץ ראש השנה, ווייל ראש השנה איז מען דן דעם מענטש אויף אלע זיינע מעשים, און דער רבי זאגט בשם דעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו אז פאר מען איז גוזר א גזירה אויפן מענטש שטעלט מען פאר דעם מענטש ער זאל זיך אליינס פסק'נען און דער מענטש פסק'נט וואספארא שטראף מען זאל אים געבן (עיין ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קיג) דאס הייסט דער מענטש שמועסט פון אנדערע, ער דערציילט וואס א צווייטער האט געטון, פרעגט אים איינער: "וואס זאגסטו אויף דעם?" און ער פסק'נט אפ אז מען דארף יענעם געבן אזאנס און אזעלעכס, ער כאפט נישט אז ער האט זיך יעצט אליינס גע'פסק'נט. דער אייבערשטער הערט צו יעדעס ווארט וואס א מענטש רעדט אויף א צווייטן, און אזוי שטראפט מען דעם מענטש זעלבסט. דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו רעדן אויף א צווייטן א גאנץ יאר, בפרט ראש השנה וואס דעמאלט זענען די ספרי חיים און ספרי מתים אפען (ראש השנה לב:); דעריבער פירן זיך אנשי שלומינו נישט צו רעדן א גאנץ ראש השנה. וואויל איז דעם וואס פירט זיך מיט די הנהגה.


אבער ווען עס קומט צו רעדן צום אייבערשטן דעמאלט איז 'כל המרבה בתפילה הרי זה משבח', ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן און מען בעט אים ער זאל רחמנות האבן איז מען מער פארזיכערט צו האבן א גוט יאר.


ראש השנה איז א צייט וואס מען קען פועל'ן גרויסע ישועות; חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס גרויסע ניסים וואס האט אלץ פאסירט אום ראש השנה (ראש השנה יא.) ראש השנה זענען די הייליגע אמהות שרה אמינו, רחל אמינו און חנה נפקד געווארן מיט קינדער; ראש השנה איז יוסף ארויס פון תפיסה; ראש השנה האט זיך אויפגעהערט די ארבעט פאר די אידן אין מצרים; ראש השנה איז א צייט וואס מען קען פועל'ן קינדער, ערליכע קינדער און נחת פון די קינדער; ראש השנה קען יעדער איינער זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע תפיסה, אזוי ווי יוסף הצדיק איז ארויס פון תפיסה; ראש השנה קען מען פועל'ן פרנסה בניקל, מען זאל נישט דארפן ארבעטן אזוי ביטער שווער, אזוי ווי די שיעבוד מצרים האט זיך אויפגעהערט ראש השנה.


מיר געפונען ביי חנה - שמואל הנביא'ס מאמע אז זי איז געהאלפן געווארן ראש השנה, נאר ווייל זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (שמואל-א א, יב): "וְהָיָה כִּי הִרְבְּתָה לְהִתְפַּלֵּל לִפְנֵי ה'", חנה האט אסאך געדאווענט צום אייבערשטן פאר קינדער ביז זי איז געהאלפן געווארן, זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (ירושלמי ברכות פרק ד, הלכה א): "שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה בִּתְפִלָּה נֶעֱנֶה"; פון דא זעט מען אז דורכדעם וואס מען דאווענט און מען בעט אסאך דעם אייבערשטן ווערט מען געהאלפן.


זעט מען אז ראש השנה איז א צייט וואס מען קען פועל'ן מיט אסאך תפילה אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל אונז געבן א גוט יאר, אידישע קינדער זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן - יעדער איינער פון זיין אייגענע גלות, און מיר זאלן שוין אלע זוכה זיין צו די גאולה כלליות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#27 - ווען האט דער רבי זיך אויסגעדרוקט "גאט איז תמיד גוט"?
חסידות ברסלב, אמונה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין ספר הקדוש "אשר בנחל" אז דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, "גאט איז תמיד גוט". איך האב געוואלט פרעגן וואס איז געווען די מעשה מיט די שיחה, ווען און פארוואס האט דער רבי דאס געזאגט.


א גרויסן יישר כח, דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד דוד נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש ברענגט אן א שיעור מאל די שיחה וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנב): "אָמַר: הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ טוֹב תָּמִיד [גָּאט אִיז תָּמִיד גוּט], אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים קמה, ט): "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער איז גוט צו יעדן איינעם און האט רחמנות אויף אלעמען.


מוהרא"ש איז דאס מסביר (אשר בנחל, מכתב ז' אלפים תשנה) אז לכאורה דארף מען פארשטיין וואס קומט דער רבי דא מחדש זיין, עס שטייט דאך אזוי אין פסוק?! נאר ווען א מענטש גייט אריבער שוועריקייטן גייט ער אריין אין א קטנות המוחין, ער הייבט אן טראכטן אז יעצט איז דער אייבערשטער ברוגז אויף אים וכו' ווייל ער האט געזינדיגט חס ושלום וכו', אויף דעם קומט דער רבי און זאגט: "גאט איז 'תמיד' גוט", עס איז נישט דא אזא זאך אז דער אייבערשטער איז ברוגז וכו'.


לגבי דיין שאלה ווען דער רבי האט געזאגט די שיחה; מוהרא"ש פארציילט (אשר בנחל חלק כט, מכתב ד' אלפים תשו) אז א איד האט זיך אמאל אויסגערעדט פארן רבי'ן אויף זיין שווערע לעבן, ער האט געהאט אסאך טענות אויפן אייבערשטן, האט אים דער רבי דעמאלט געזאגט די שיחה: "גָּאט אִיז תָּמִיד גוּט", און מיט די פאר ווערטער האט אים דער רבי אוועק גענומען אלע זיינע קשיות.


דער עיקר דארפן מיר זיך מחזק זיין אין אלע אומשטענדן, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן. דאס איז געווען די שיינקייט און דאס גרויסקייט פון מוהרא"ש; אפילו ער האט געהאט א שווערע לעבן, ער האט נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין זיין לעבן, אזוי ווי ער שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יד): "לֹא הָיָה לִי יוֹם אֶחָד טוֹב בְּזֶה הָעוֹלָם - בְּלִי שׁוּם גֻּזְמָא כְּלָל", איך האב נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין מיין לעבן, אן קיין גוזמא, "וּמַמָּשׁ בָּכִיתִי בְּכָל יוֹם וָיוֹם", איך פלעג וויינען יעדן טאג פון מיין לעבן "מֵרֹב צַעַר וְעַגְמַת נֶפֶשׁ שֶׁסְבָבוּנִי מִבַּיִת וּמִחוּץ", פון די יסורים וואס איז אויף מיר אריבער - סיי פון אינדרויסן און סיי פון שטוב; מיט דעם אלעם האט מען דאס נישט געקענט אנזען אויף מוהרא"ש. אדרבה, מוהרא"ש איז שטענדיג געווען מלא שמחה, שטענדיג מיט א שמייכל און יעדן איינעם פרייליך געמאכט, מוהרא"ש האט געלעבט מיט דעם שיחה פון הייליגן רבי'ן: "גָּאט אִיז תָּמִיד גוּט".


דער אייבערשטער זאל אונז העלפן מיר זאלן גיין אין זיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#26 - דארף א פרוי אפשערן די האר, אדער איז דאס נאר א חומרה?
שאלות, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק און שיעורים, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין.


איך בין א פשוטער אינגערמאן, איך האב באקומען פשוטע חתן שיעורים אן קיין חומרות, מיט דעם אלעם האב אלץ פרובירט צו זיין א מחמיר מיינענדיג אז דאס איז די ריכטיגע וועג צו גיין, שפעטער האב איך אבער געזען אין די בריוו אין "עצתו אמונה" אז צו זוכן חומרות איז אן עצה פונעם יצר הרע אוועקצושלעפן א איד פונעם אייבערשטן, האב איך אויפגעהערט מיט די חומרות.


למעשה האב איך אבער אויך געליינט דארט די הארבקייט און וויכטיגקייט אז א פרוי זאל זיך שערן די האר, איך האב אלץ געמיינט אז דאס איז אויך נאר א חומרה, און יעצט אז איך זע אז איר זאגט מ'זאל יא מחמיר זיין אויף דעם, ווייס איך שוין נישט וואס איז א חומרה און וואס נישט, וואס דארף מען יא טון און וואס נישט, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מסביר זיין דער חילוק.


אויך האב איך געוואלט וויסן אויב איך זאל פרובירן צוצורעדן מיין ווייב זי זאל זיך טאקע אפשערן די האר.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


שלום

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלום נרו יאיר.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פונעם הייליגן רבינ'ס עצות. דער רבי לערנט אונז מיר זאלן זיך פירן מיט די תורה און נישט צו לייגן חומרות וכו', בפרט ווען עס קומט צו דברים שבינו לבינה וכו' דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו לעבן מיט חומרות, נאר ווען מען מעג וכו' מען מעג אלעס, און ווען מען טאר נישט וכו' טאר מען נישט.


דעם כלל דארף מען שטענדיג געדענקען: מען טאר זיך נישט לאזן פארדרייען דעם קאפ פון קיינעם נישט, ווייל דער הייליגער רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות נדרים, הלכה ג) אויפן פסוק (קהלת ז, טז; יז): "אַל תְּהִי צַדִּיק הַרְבֵּה" וגו', אַל תִּרְשַׁע הַרְבֵּה" וגו', איינס איז אנגעהאנגען אינעם צווייטן, א מענטש וויל זיין א צדיק מער וויפיל מען דארף, און ווען ער זעט אז עס גייט אים נישט ווערט ער זייער א גרויסער רשע וכו' וכו'.


דערפאר האט אונז דער רבי זייער מזהיר געווען מיר זאלן זיך פירן אן קיין חומרות יתירות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן - דאס זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס זענען בלויז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן.


בנוגע אז א פרוי זאל זיך שערן די האר וכו'; פארוואס זאגסטו אז זיך אפשערן די האר איז א חומרא, בשעת וואס דער הייליגער זוהר שעלט - פשוט כמשמעו מיט א קללה - א פרוי וואס גייט מיט די אייגענע האר און מען זעט דאס ארויס?! דער זוהר זאגט אז אין דעם שטוב וועט הערשן עניות און דחקות, פון דעם שטוב וועט שוין קיין גוטע קינדער נישט ארויסקומען, אין דעם שטוב וועט נישט זיין קיין ברכה וכו' וכו' קוק דעם לשון וואס דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכ"ה ע"ב): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' אזוי אויך איז זי גורם אז דער ס"מ און די נישט גוטע זאלן זיך געפונען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "מען וואלט געקענט איינשפארן אסאך צרות און יסורים וועגן דאס ביסל האר, אבער וואס זאל מען טון אז מענטשן זענען ענדערש גרייט צו ליידן ווי זיך אפשערן"; עס זענען דא וואס זאגן אז ענדערש זאל מען גיין מיט א טיכל און מיט די אייגענע האר ווי צו גיין מיט א שייטל, אבער אלע צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש גיין א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".


פרעג זיך נאך ביי די אידן פונעם פריערדיגן דור וואס געדענקען נאך די בכיות וואס דער הייליגער סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו פלעגט וויינען און זיך בעטן ביי די פרויען בשעת די 'כל נדרי דרשה' אז מען זאל אכטונג געבן אויף צניעות, בפרט אז די פרויען זאלן אכטונג געבן נישט איבער צו לאזן איר אייגענע האר.


וואויל איז פאר די פרוי וואס פירט זיך בצניעות און זי שערט זיך אפ די האר וכו' וואס דאס איז א יסוד היסודות אין אידישקיט און אין צניעות פאר א פרוי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#25 - איך שנייד נישט מיין בארד ב"ה, די שנויצן מעג מען יא שניידן?
שאלות, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א נעם איך נישט אראפ מיין בארד, כאטש וואס איך זע נישט אויס שיין דערמיט און מיינע חברים זאגן מיר אז איך זאל עס יא אפשערן. איך האב נאר געוואלט פרעגן איבער די שנויצן, מעג מען דאס יא אפשערן?


א גרויסן יישר כח, יהושע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהושע נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו שניידסט נישט דיין בארד, אין דעם זכות וועסטו האבן שפע.


אין זוהר הקדוש (נשא, קלא) ווערט אנגערופן דער בארד "צִינוֹרוֹת עֶלְיוֹנִים"; דאס זענען רערן (פייפס) וואס דורך דעם קומט אראפ פון הימל פארן מענטש אלע ברכות, אבער אויב שניידט מען די בארד און פיאות שניידט מען אפ אלע רערן (פייפס) פון פרנסה וואס דארף קומען צום מענטש; הער נישט אויס די וואס מאכן אוועק די בארד און פיאות, הער נאר צו וואס ערליכע אידן זאגן - וועט דיר גוט זיין.


דו שרייבסט מיר אז דיינע חברים זאגן דיר אז דו ביסט נישט שיין מיט א בארד; וויל איך דיר פרעגן, וואס הייסט שיין? שיין הייסט נאר וואס איז שיין ביים אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב.): הַדְרַת פָּנִים – זָקָן, א שיינע געשטאלט איז ווען מען האט א בארד; מיר דארפן לעבן מיטן אייבערשטן און קוקן וואס מיינט שיין ביים אייבערשטן.


די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא פד.): "הַאי מַאן דְּבָעִי מֵיחְזֵי שׁוּפְרֵיהּ דְּרַבִּי יוֹחָנָן", ווער עס וויל זען ווי שיין דער הייליגער אמורא רבי יוחנן האט אויסגעזען, "נַיְיתֵי כָסָא דְּכַסְפָּא מִבֵּי סִילְקֵי", זאל נעמען א נייע זילבערנע בעכער, "וְנִימְלֵיהּ פַּרְצִידֵי דְרוֹמָנָא סוּמָקָא", און עס אנפילן מיט שיינע רויטע קערלעך פון א מילגרוים, "וְנֶיהְדַּר לֵיהּ כְּלִילָא דְוַרְדָא סוּמָקָא לְפוּמֵיהּ", רינגס דעם בעכער זאל ער ארום לייגן שיינע רויטע רויזן ווי א קרוין, "וְנוֹתְבֵיהּ בֵּין שִׁמְשָׁא לְטוּלָּא", און שטעלן דעם בעכער צווישן שאטן און זון, "הַהוּא זַהֲרוּרֵי מֵעֵין שׁוּפְרֵיהּ דְּרַבִּי יוֹחָנָן", די שיינקייט וואס שיינט ארויס פונעם בעכער מיט די רויזן איז א מעין פון די שיינקייט פון רבי יוחנן, פרעגן חז"ל: פארוואס רעכנט מען נישט רבי יוחנן צווישן די שענסטע מענטשן פון דער וועלט? ענטפערן די חכמים: "דְּהַדְרַת פָּנִים לָא הַוְיָא לֵיהּ", ווייל ער האט נישט געהאט קיין בארד; זעט מען פון דעם וואס מיינט שיין, שיין מיינט אז מען פאלגט די הייליגע תורה.


די שנויצן איז נישט קיין פראבלעם צו שניידן, דער באר היטב ברענגט אראפ (שולחן ערוך יורה דעה סימן קפא, סעיף י, סעיף קטן ה) פונעם אריז"ל אז ער פלעגט שניידן זיינע שנויצן כדי עס זאל אים נישט שטערן ביים עסן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח זיך צו האלטן שטארק אפילו מען שפעט פון דיר.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#24 - ווען איז די ריכטיגע צייט צו זאגן תיקון חצות?
תפילה והתבודדות, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל א געוואלדיגן יישר כח פאר'ן מזכה זיין את הרבים מיט די הערליכע שיעורים, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח צו העלפן אידישע קינדער אין אלע הינזיכטן.


איך האב געהערט פון אייך איבער די גרויסקייט פון זאגן תיקון חצות יעדע נאכט, איך בין אבער נישט קלאר ווען מ'דארף עס זאגן. איך בין געווענליך אויף ביז שפעט ביינאכט, איך קען נישט גרינג איינשלאפן און דעריבער לערן איך דעמאלט מיינע שיעורים. וויל איך וויסן צי איך קען זאגן תיקון חצות פאר'ן גיין שלאפן. און אויך אויב וויל איך יא איין נאכט גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי, צי זאל איך עס זאגן פאר'ן שלאפן אדער נאכ'ן אויפשטיין אינדערפרי.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע זאך איז אז מען זאל זיך לייגן שלאפן פרי און אויפשטיין פרי, און פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות צו זאגן סדר תיקון חצות זעקס שעה נאכן צאת הכוכבים. אבער נישט יעדער איינער קען באווייזן צו גיין שלאפן פרי וכו', דעריבער קען מען זיך פארלאזן אויף שיטת הרב הקדוש מקאמארנע זכותו יגן עלינו (שלחן הטהור סימן א, סעיף ד) אז חצות איז שטענדיג צוועלף אזייגער סיי ווינטער און סיי זומער; ווייל דער רבי זאגט אז מען קען זיך פארלאזן אפילו אויף איין פוסק (עיין חיי מוהר"ן סימן תמד; פעולת הצדיק סימן תקלו).


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזרז זיין מיר זאלן נישט פארפאסן קיין איין נאכט פון זאגן תיקון חצות, ווייל דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן.


דערפאר ווען א מענטש זעט אז עס גייט אריבער נאכט נאך נאכט און ער בלייבט שלאפן, זאל ער כאטש זאגן תיקון חצות פאר ער גייט שלאפן, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי כד, ו): "כִּי בְתַחְבֻּלוֹת תַּעֲשֶׂה לְּךָ מִלְחָמָה", בפרט אין די זומער טעג וכו' זאל מען זאגן תיקון חצות פארן זיך לייגן, אבער אין די ווינטער טעג ווען מען קען זיך לייגן פריער, דעמאלט קען מען זאגן דעם תיקון חצות אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קמט): "וְעִקַּר חֲצוֹת הוּא תָּמִיד אַחַר שִׁשָּׁה שָׁעוֹת מִתְּחִלַּת הַלַּיְלָה - הֵן בַּקַּיִץ וְהֵן בַּחֹרֶף".


געדענק וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקמז) מענטשן זענען גרייט צו פארלירן אסאך תורה ומעשים טובים צוליב חומרות, עיין שם; דארפן מיר שטענדיג זיין קלוג און אריין כאפן גוטע זאכן, נישט זוכן דוקא חומרות וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#23 - איך מוטשע זיך מיט ספיקות אין הלכה שאלות, וואס איז די עצה?
חיזוק פאר פרויען, שאלות, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די דרשות וואס געבט מיר אסאך חיזוק, ספעציעל ווען איר רעדט פון תפלה.


איך בין א מאמע פון קליינע קינדער, און איך מוטשע זיך מיט אסאך ענקזייעטי אין הלכה, בעיקר אין בין אדם לחבירו און אין בשר בחלב. איך טראכט א גאנצן צייט אפשר האב איך איינעם געזאגט א ווארט וואס האט יענעם געטשעפעט, אפשר האב איך אמאל גערעדט לשון הרע, און ס'פייניגט מיר כסדר אז איך דארף יעדן איבערבעטן. און אויך אין קאך האב איך אלץ מורא אז אפשר טויג עפעס נישט מיט די טעפ, איך שפיר קיינמאל נישט זיכער אז ס'האט זיך נישט אפשר אויסגעמישט עפעס מילכיגס און פליישיגס.


אפשר האט איר פאר מיר אן עצה אדער א תפלה וואס וועט מיר העלפן?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען מען האט א שאלה אין סיי וואספארא נושא - צי אין קאך מיט בשר בחלב, אדער אין הלכות טהרה וכו' דארף מען פרעגן א דיין. און אז דער דיין זאגט אז דאס איז גוט דארף מען וויסן אז דאס איז גוט, עס עקזעסטירט נישט קיין איבער קלערן און איבער טראכטן, ווייל ווי אזוי דער דיין פסק'ענט אזוי איז דער הלכה.


ווען עס קומט צו פרעגן א שאלה טאר מען זיך נישט שעמען; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא הַבַּיְּשָׁן לָמֵד"; יעדע שאלה וואס מען האט - סיי אין הלכה סיי אין מנהג - דארף מען פרעגן אן ערליכן רב. דאס איז דער גאנצער איד; אז יעדע זאך וואס ער טוט דארף זיין צוגעבינדן צו די תורה. אזוי אויך אויב האט מען חס ושלום א דין ודברים מיט א צווייטן אפילו עס רעדט זיך איבער א פרוטה, ווייל (סנהדרין ח.): "דִּין פְּרוּטָה כְּדִּין מֵאָה", איין פרוטה האט די זעלבע הלכה ווי הונדערט פרוטות, דארף מען גיין צו א רב ער זאל פסק'ענען וואס צו טון און חס ושלום זיך אליינס פסק'ענען ביי קיין שום פאל.


דאס וואס איר זענט קיינמאל נישט זיכער מיט זיך, איר האט אלץ מורא וכו'; דארפט איר וויסן וואס דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן - דאס זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס זענען בלויז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "דְּהַיְנוּ מַה שֶׁחוֹשֵׁב וְחוֹקֵר וּמְדַקְדֵּק בְּיוֹתֵר, אִם הוּא יוֹצֵא כָּרָאוּי בַּמֶּה שֶׁעוֹשֶׂה", דאס וואס מען טראכט צי מען איז יוצא די מצוה וואס מען טוט - צי נישט; מען איז מדקדק און מען האלט אין איין אריין טראכטן: 'אפשר בין איך נישט יוצא, אפשר בין איך יא יוצא', דאס אלעס ברענגט דערצו אז דער מענטש זאל אלעס אפלאזן רחמנא לצלן. "כִּי בָּשָׂר וָדָם אִי אֶפְשָׁר לוֹ שֶׁיֵּצֵא יְדֵי חוֹבָתוֹ בִּשְׁלֵמוּת", ווייל א מענטש קען נישט יוצא זיין די מצוות פונעם אייבערשטן בשלימות, "וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא' וְכוּ'", דער אייבערשטער זוכט נישט א וועג ווי אזוי ער קען אונז כאפן און אויפווייזן אז מיר קענען נישט טון די מצוות, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן, "וְלֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", נישט פאר קיין מלאכים, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", און די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין, וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט און לעבן אלץ אין ספיקות, ווייל די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו זיין פרייליך און נישט איבער טראכטן, מיט תפילה וועט איר ארויס גיין פון אלע אייערע שוועריקייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#22 - ווי אזוי קענט איר זאגן אז מ'טאר זיך נישט אויסרעדן פאר א חבר?
תפילה והתבודדות, חברים, שאלות, צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אייערע דרשות און חיזוק מיט וואס איך בין זיך זייער מחיה, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין.


איך האב געהערט אסאך מאל ביי אייערע דרשות, ווי אויך געליינט אין די בריוו, אז א מענטש זאל קיינמאל נישט דערציילן פאר א חבר און פאר קיינעם נישט זיינע עבירות און שוואכקייטן אין אידישקייט, ער זאל עס נאר דערציילן פאר אייבערשטן אליין.


דאס זעט מיר אבער אויס צו זיין א סתירה צו דעם וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע שרייבט אין צעטל קטן (סעיף י"ג) אז מ'זאל יא נעמען א באגלייבטער חבר און אים דערציילן אלע שלעכטע זאכן וואס ער טראכט. וזה לשון קדשו, "לספר בכל פעם לפני המורה לו דרך השם, ואפילו לפני חבר נאמן, כל המחשבות והרהורים רעים אשר הם נגד תורתינו הקדושה אשר היצר הרע מעלה אותן על מוחו ולבו, הן בשעת תורה ותפילה, הן בשכבו על מטתו, והן באמצע היום, ולא יעלים שום דבר מחמת הבושה, ונמצא על ידי סיפור הדברים שמוציא מכח אל הפועל, משבר את כח היצר הרע שלא יוכל להתגבר עליו כל כך בפעם אחרת, חוץ עצה הטובה אשר יוכל לקבל מחבירו שהוא דרך השם, והוא סגולה נפלאה".


איך האף אז איר וועט מיר דאס פארענטפערן, ווייל דאס איז מיר זייער וויכטיג צו וויסן.


יישר כח, אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו פארפלאנטערט ווערן מיט די פלאנטער וואס רופט זיך "חברים", און מען דארף שטענדיג געדענקען אז 'א מענטש האט קיינעם נישט אויף דער וועלט, נאר דעם אייבערשטן'; אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (אות ט): "זִכְרוּ הֵיטִיב וּתְיַישְּׁבוּ עַצְמְכֶם וְאָז תִּרְאוּ כִּי שָׁוְא תְּשׁוּעַת אָדָם, וְהַכֹּל הֶבֶל הֲבָלִים", געדענקט גוט און נעמט דאס גוט אריין אין אייער קאפ, אז איר האט קיינעם נישט אויף דער וועלט, עס איז א שאד זיך צו פארלאזן אויף מענטשן, "אַף אֱחָד לֹא יָכוֹל לַעֲזוֹר לָכֶם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לְהַזִּיק לָכֶם", קיינער קען אייך נישט העלפן און זיכער נישט שלעכטס טון, "וְעַל כֵּן אַל תִּירָאוּ וְאַל תֵּחַתּוּ מִשּׁוּם בִּרְיָה שֶׁבָּעוֹלָם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאַל תַּחֲנִיפוּ אֶת שׁוּם בִּרְיָה, כִּי לֹא יוֹעִיל כְּלָל, אֶלָּא עוֹד יַזִיק לָכֶם בִּבְרִיאוּתְכֶם", דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן פון קיין שום מענטש און איר זאלט זיך נישט חנפ'נען קיינעם, ווייל דאס וועט אייך גארנישט העלפן, פארקערט דאס וועט אייך שאטן צום געזונט, "כִּי כְּשֶׁאָדָם שָׂם בִּטְחוֹנוֹ בְּבָשָׂר וָדָם, וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁאֵינוֹ נַעֲשָׂה כִּרְצוֹנוֹ אֲזַי בָּא לִידֵי אַכְזָבוֹת גְּדוֹלוֹת עַד מְּאֹד, וְנִשְׁבָּר לְגַמְרֵי, וְנוֹפֵל רוּחוֹ, וְנֶחֱלַשׁ דַּעְתּוֹ", ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן און דערנאך זעט מען אז יענער איז נישט אינטערעסירט דיר צו העלפן און ער קען דיר נישט העלפן, דאן ווערט מען זייער אנטוישט און זייער צעבראכן, "אֲבָל בָּזֶה שֶׁמַּכְנִיסִים אֶת עַצְמוֹ לְגַמְרֵי בֶּאֱמוּנָה פְּשׁוּטָה בּוֹ יִתְבָּרַךְ, אָז מַצְלִיחִים בְּכָל הָעִנְיָנִים, כִּי אֵינוֹ חוֹנֵף לְשׁוּם בִּרְיָה, וְכֵן אֵינוֹ מִתְיָרֵא מִשּׁוּם בִּרְיָה, וְחַי אֶת הַחַיִּים שֶׁלּוֹ", אבער אז מען גלייבט אינעם אייבערשטער און מען פארלאזט זיך אויף אים - איז מען זייער מצליח, עיין שם.


דאס האט מוהרא"ש גע'חזר'ט מיט אונז זיין גאנץ לעבן, אז מיר זאלן זיך אריין נעמען אין קאפ אז מיר האבן קיינעם נישט אויף דער וועלט - נאר דעם אייבערשטן.


דאס וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סימן יג): "לְסַפֵּר בְּכָל פַּעַם לִפְנֵי הַמוֹרֶה לוֹ דֶרֶךְ הַשֵׁם, וַאֲפִילוּ לִפְנֵי חָבֵר נֶאֱמָן - כָּל הַמַחְשָׁבוֹת וְהִרְהוּרִים רָעִים אֲשֶׁר הֵם נֶגֶד תּוֹרָתֵינוּ הַקְדוֹשָׁה וכו'", מען זאל דערציילן פאר א רבי אדער פאר א באגלייבטער חבר אלע שלעכטע מחשבות וואס איז אנטקעגן די תורה, און נעמען פון אים אן עצה וכו' - דאס איז נישט קיין סתירה צו דאס וואס מוהרא"ש פלעגט אונז מזהיר זיין אז מיר זאלן נישט דערציילן פאר קיינעם וואס מען האט געטון וכו', דער הייליגער רבי אלימלך זי"ע מיינט א 'חבר', אזוי ווי דער רמב"ם זאגט (בפירוש המשניות מסכת דמאי ב, ג): "'חָבֵר' - נִקְרָא תַּלְמִיד חָכָם, וְכֵן יִקְרְאוּ לְתַלְמִידֵי חֲכָמִים 'חֲבֵרִים'", אין משניות און אין גמרא רופט מען אן א תלמיד חכם מיטן נאמען 'חבר' און תלמידי חכמים – 'חברים', פארוואס רופט מען זיי אן מיטן נאמען 'חברים'? "כִּי חֶבְרָתָם זֶה לָזֶה חֶבְרָה נֶאֱמָנָה, כִּי הִיא חֶבְרָה לְשֵׁם שָׁמַיִם", דוקא א תלמיד חכם אן ערליכער איד איז א ריכטיגער חבר נאמן, אבער סתם מענטשן זענען נישט קיין חברים; אן ערליכער איד וועט דיר העלפן מיט עצות, ער וועט דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך צוריקערן צום אייבערשטן, אבער פון סתם מענטשן דארף מען זיך זייער היטן.


די בעסטע זאך איז מען זאל דערציילן אלעס וואס מען האט געטון פארן אייבערשטן, אזוי ווי דער רמב"ם זאגט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): יעדע מצוה אין די תורה, סיי א מצות עשה סיי א מצות לא תעשה, אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, בשוגג אדער במזיד; ווען מען טוט תשובה, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיך וְעָשִֹיתִי כָּך וָכָך, וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, און איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; דאס איז וידוי, "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיך בְּעִנְיָן זֶה - הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", און ווער עס פארמערט זיך צו מתוודה זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.


אבער אין א פאל וואס א מענטש שפירט אז ער דארף צו איינעם רעדן, צוליב דעם וואס ער גייט אריבער שווערע צייטן; ער האט אין זיך שולד געפילן פון שלעכטע מעשים וכו' און ער שפירט ווי ער מוז דאס פאר איינעם דערציילן, זאל ער זוכן דוקא אן ערליכער איד, איינער וואס איז דבוק צום אייבערשטן און צו די תורה, און פון אים נעמען אן עצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#21 - פארוואס שטייט נישט אויף די מצבה פון מוהרא"ש זי"ע זיין טאטנ'ס נאמען?
שאלות, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן פארוואס אויף די מציבה פון מוהרא"ש זי"ע שטייט נישט זיין טאטנ'ס נאמען, איך מיין אז ס'איז נישטא נאך אזא זאך אין די וועלט. איך ווארט אויף א קלארע הסבר, יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון דער וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר, וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר א ישועה.


די מציאות איז ממש אזוי, ווען מען קומט קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש כאפט אן פארן מענטש א מורא'דיגע התעוררות תשובה צו טון, בפרט ווען מען ליינט די נוסח המצבה וואס מוהרא"ש האט אליינס געשריבן (איך בין דיר דא מעתיק דעם כתב יד פונעם נוסח המצבה):


[דרוקט דא צו זען כתב יד קדשו פון מוהרא"ש זי"ע]


"פֹּה נִטְמַן", דָא לִיגְט, "הַחָסִיד הָאֲמִתִּי, עוֹבֵד ה' בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת", אַן אֱמֶת'עֶר עֶרְלִיכֶער אִיד וָואס הָאט גֶעדִינְט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן בִּתְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת, "מָסַר נַפְשׁוֹ אֵלָיו יִתְבָּרַךְ בְּכָל יוֹם וָיוֹם מִיּוֹם עָמְדוֹ עַל דַּעְתּוֹ", עֶר הָאט זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן יֶעדְן טָאג פוּן וֶוען עֶר אִיז גְרוֹיס גֶעוָוארְן, "וְסָבַל יִסּוּרִים קָשִׁים וּמָרִים כָּל יְמֵי חַיָּיו", עֶר הָאט גֶעלִיטְן שְׁוֶוערֶע אוּן בִּיטֶערֶע יִסוּרִים זַיין גַאנְץ לֶעבְּן, "רַבִּים הֵשִׁיב מֵעָוֹן וְקֵירְבָם אֵלָיו יִתְבָּרַךְ וכו' וכו'", אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן הָאט עֶר מַחְזִיר בִּתְשׁוּבָה גֶעוֶוען אוּן זֵיי דֶערְנֶענְטֶערְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר הָאט אוֹיפְגֶעשְׁטֶעלְט פִילֶע תַּלְמִידִים עֶרְלִיכֶע אִידְן אוּן יִרְאֵי ה'.


ווען מען ליינט דעם שטיקל מציבה כאפט אן מורא'דיגע התעוררות לתשובה; מען דערמאנט זיך וואס מוהרא"ש איז אריבער אין זיין לעבן, און ווי ער האט זיך זיין גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, נאכדעם ווען מען הייבט אן ליינען די מצבה: "דָא לִיגְט אַן עֶרְלִיכֶער אִיד וכו'", הייבט מען אן בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד, איך וויל דיר אויך דינען בתמימות ופשיטות", ווייטער ליינט מען: "סָבַל יִסּוּרִים קָשִׁים וּמָרִים זַיין גַאנְץ לֶעבְּן"; מוהרא"ש האט נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין זיין לעבן, נאר צרות און יסורים וואס ער האט געהאט אויסצושטיין מבית ומבחוץ, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (סימן יד): "לֹא הָיָה לִי יוֹם אֶחָד טוֹב בְּזֶה הָעוֹלָם - בְּלִי שׁוּם גֻּזְמָא כְּלָל", איך האב נישט געהאט אין מיין גאנצן לעבן קיין איין גוטן טאג - אן קיין גוזמא, "וּמַמָּשׁ בָּכִיתִי בְּכָל יוֹם וָיוֹם מֵרוֹב צַעַר וְעָגְמַת נֶפֶשׁ שֶׁסְבָבוּנִי מִבַּיִת וּמִחוּץ", איך האב יעדן טאג געוויינט צום אייבערשטן צוליב מיינע צרות און יסורים וואס איך האב געהאט פון דרויסנדיגע מענטשן און פון מיין אייגענע שטוב וכו'; מיט דעם אלעם האט מען דאס קיינמאל נישט געקענט אנזעהן אויף מוהרא"ש פון אינדרויסן, אדרבה, ווען מוהרא"ש האט געזען א אינגערמאן אדער א בחור וואס איז נישט פרייליך פלעגט ער אים פרייליך מאכן, אזוי ווי עס שטייט ווייטער אין די נוסח המציבה: "רַבִּים הֵשִׁיב מֵעָוֹן", ער האט עוסק געווען נאר צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דער עיקר וואס מיר דארפן זען איז זיך צו לערנען פון מוהרא"ש און גיין אין זיינע וועגן, זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע; עוסק זיין אין הפצה - פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט די זיסע עצות פון רבי'ן און אריין ברענגען אין די גאנצע וועלט די ריינע אמונה אינעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן לעבן מיטן תכלית, מיר זאלן געדענקען אז איין טאג וועלן מיר אהיים גיין צום אייבערשטן, דעמאלט וועלן מיר גארנישט מיט נעמען מיט זיך נאר דאס ביסל תורה ותפילה וואס מיר זענען זוכה אריין צו כאפן יעדן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 


 

#20 - וועלכע סארט ניגונים מעג מען זינגען, און וועלכע נישט?
שאלות, ניגונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און ניגונים וואס איך הער א גאנצן טאג. איך האב ברוך ה' געענדיגט יעצט די אכטע מאל ששה סדרי משנה.


אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א זינגט אסאך ניגונים מיט די בחורים, און מיר ווייסן דאך אז מ'דארף זייער אכטונג געבן צו זינגען נאר ערליכע ניגונים, נישט ניגונים פון שלעכטע מקורות, האב איך געוואלט פרעגן וואס איז די גדר ביי דעם, וועלכע ניגונים מעג מען הערן און זינגען און וועלכע נישט.


יישר כח, יהושע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהושע נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן ארויסגעגעבן אין ישיבה אסאך ניגונים פון אמונה און תשובה; על פי רוב האבן מיר גענומען אלטע ניגונים וכו' און ארויף געלייגט אויף דעם ווערטער פון אמונה און תשובה. ווער עס הערט די ניגונים שפירט א גרויסע התעוררות און ווערט אויפגעוועקט צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


אז מען זינגט ניגונים וואס די ווערטער זענען הייליג, די ווערטער זענען פון אמונה און יראת שמים דאן איז דער ניגון א הייליגע ניגון, און אזוי אויך פארקערט; אז מען נעמט א הייליגע ניגון און מען לייגט ארויף דערויף נישט שיינע ווערטער טאר מען נישט הערן דעם ניגון.


די וועלט זאגט אז חזנים זענען נאראנים (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג); זאגט מוהרא"ש ווייל די עולם הנגינה איז נעבן דעם עולם התשובה, און אז דו שטייסט שוין ביים טיר פון תשובה און דו גייסט נישט אריין - איז נישט דא קיין גרעסערע נארישקייט פון דעם; דעריבער איז א חזן א נאר, ווייל אז דו האסט א כח הנגינה פארוואס זאלסטו נישט נוצן דיין קול, דיין שטימע און דיינע ניגונים צו זינגען ניגונים פון אמונה און פון תשובה.


מיט א ניגון קען מען זיך זייער מחי' זיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רעג): "טוֹב לְהָאָדָם לְהַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ, שֶׁיּוּכַל לְהַחֲיוֹת אֶת עַצְמוֹ עִם אֵיזֶה נִגּוּן, כִּי נִגּוּן הוּא דָּבָר גָּדוֹל וְגָבוֹהַּ מְאֹד מְאֹד, וְיֵשׁ לוֹ כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר וּלְהַמְשִׁיך אֶת לֵב הָאָדָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך", מיט א ניגון קען מען זיך עפענען דאס הארץ צום אייבערשטן, דערפאר איז גוט צו זינגען ניגונים וואס זענען מעורר דעם מענטש צום אייבערשטן.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו הערן א רשע זינגען, ווייל ווען מען הערט א רשע זינגען שטערט דאס פאר עבודת השם, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע, קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא", ווער עס הערט ניגונים פון א נישט ערליכער זינגער וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", אבער אויב מען הערט ניגונים פון אן ערליכער איד וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם; ר' נתן לייגט צו (לקוטי הלכות אפטרופוס, הלכה ג) אז נישט נאר א ניגון פון א רשע שאדט פאר עבודת השם, נאר אפילו סתם הערן דעם קול פון א רשע איז א גרויסע סכנה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן מג): "הַדִּבּוּרִים שֶׁל רָשָׁע שֶׁהוּא בַּר דַּעַת מוֹלִידִים נִאוּף בְּהַשּׁוֹמֵעַ", עיין שם.


דערפאר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל נישט נכשל ווערן מיט הערן ניגונים פון א רשע, וואס דאס קען אוועק נעמען דעם מענטש פונעם אייבערשטן, נאר מען זאל בלויז הערן ניגונים פון ערליכע אידן וואס זינגען נאר פון אמונה; זייערע ניגונים זענען נאר געמאכט אריין צו ברענגען הרהורי תשובה אין מענטשן, זיי ברענגען נענטער צום אייבערשטן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "וְהַתִּקּוּן הוּא שֶׁיּוּכַל לִשְׁמֹעַ נְגִינָה מִכָּל אָדָם, הוּא עַל יְדֵי שֶׁיִּלְמַד בַּלַּיְלָה תּוֹרָה שֶׁבְּעַל פֶּה, הַיְנוּ גְּמָרָא", אז מען לערנט גמרא העלפט דאס אז עס זאל נישט שאטן פארן מענטש די ניגונים; מוהרא"ש זאגט אז 'בַּלַּיְלָה' מיינט מען צו זאגן ווען עס איז פינסטער פארן מענטש, עס גייט איבער שווערע ביטערע נסיונות, דעמאלט זאל מען אנטלויפן צו די הייליגע תורה, וועט די תורה ראטעווען דעם מענטש עס זאל אים נישט שאטן די אלע ניגונים. דערפאר זאלסטו לערנען גמרא יעדן טאג פון דיין לעבן, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאג די ווערטער פון די גמרא, וועסטו ניצול ווערן פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו אויסהיילן די בת מלך וואס איר רפואה איז דוקא דורך ניגונים (ספורי מעשיות, מעשה יג).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#19 - איך האב גע'גנב'ט אלס קינד, ווי אזוי קען איך דאס באצאלן?
תפילה והתבודדות, שאלות, משניות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, איך לעב ממש אן אנדער לעבן מיט אייערע עצות, איך פרובירט צו רעדן צום אייבערשטן, און איך האב שוין געענדיגט דריי מאל משניות.


איך האב געוואלט פרעגן אזוי ווי אלס קינד פלעג איך אסאך גנב'ענען פון געשעפטן, און למעשה ווייס איך נישט יעצט וויפיל איך האב גע'גנב'ט, אויך האט דער געשעפט שוין אן אנדערער באלעבאס, איך וויל נישט דארפן מגולגל ווערן חס ושלום, איך ווייס אבער נישט פון וועמען און וויפיל איך האב גע'גנב'ט.


אויך דארף איך אן עצה אויף התבודדות, ווען איך מאך שוין אפ אז איך גיי גיין אויף שפאציר צו רעדן צום אייבערשטן, ווער איך זייער אומגעדולדיג, וואס קען איך טון צו האבן א געשמאק צו רעדן צום אייבערשטן?


א גרויסן יישר כח, משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און מסיים זיין גאנץ 'ששה סדרי משנה' און דו האלסט שוין ביים דריטן סיום; דאס וואשט אויס דעם מענטש פון אלע שלעכטע מעשים, און מען באקומט א נייע נשמה.


אויב דו געדענקסט פון וועם דו האסט גע'גנב'ט זאלסטו מקיים זיין (ויקרא ה, כג): "וְהֵשִׁיב אֶת הַגְּזֵלָה אֲשֶׁר גָּזָל", אז דו ווייסט נישט וויפיל, זאלסטו פרעגן דעם מענטש וויפיל דו זאלסט אים געבן. אויב דו ווייסט נישט פון וועם דו האסט גע'גנב'ט, אויף דעם זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ביצה כט.): "גָּזַל וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ לְמִי גָּזַל, יַעֲשֶׂה מֵהֶן צָרְכֵי רַבִּים", ווען א מענטש האט גע'גנב'ט פון מענטשן און ווייסט נישט פון וועם ער האט גע'גנב'ט זאל ער טון צרכי רבים; ר' נתן זאגט (ליקוטי הלכות ברכת השחר הלכה ה, אות לו): עס איז נישט דא א גרעסערע צרכי רבים ווי דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים וואס זענען מחי' ומחזק די גאנצע וועלט, און עס ברענגט צוריק צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דעריבער, אז דו ווילסט מתקן זיין דאס וואס דו האסט גע'גנב'ט וכו', זאלסטו דרוקן דעם היליגן רבינ'ס ספרים, בפרט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, וואס דאס איז דעם רבינ'ס ווערטער אראפ געברענגט אויף א וועג אז יעדער זאל דאס קענען פארשטיין און ארויס נעמען פון דעם חיזוק און עצות אויף עבודות השם. אז דו וועסט דאס דרוקן וועט דאס זיין א תיקון אויף וואס דו האסט אוועק גענומען פונעם רבים, ווייל דאס האט שוין אפגעראטעוועט צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה בזה הלשון: "אִיךְ זָאג צוּ אַז וֶוער עֶס וֶועט דְרוּקְן אַ בַּאנְד פוּן "אַשֶׁר בַּנַּחַל" וֶועט זֶען אַ גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה פוּן הִימְל. דִי בְּרִיוְון הָאבְּן שׁוֹין גֶערַאטֶעוֶועט צֶענְדְלִיגֶע טוֹיזְנְטֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, אוּן וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס וֶועט הָאבְּן אַ חֵלֶק אִין דָאס אָפְּדְרוּקְן".


בנוגע אן עצה אויף התבודדות, אז יעדעס מאל דו גייסט ארויס אויף א שפאציר רעדן צום אייבערשטן ווערסטו אומגעדולדיג; קודם כל דארפסטו וויסן אז דאס אליינס, אז מען גייט אויף א פלאץ רעדן צום אייבערשטן - אפילו מען רעדט נישט - איז זייער חשוב ביים אייבערשטן (עיין שיחות הר"ן, סימן רעה), דאס אליינס אז מען וויל זיך אויסרעדן, איז אויך חשוב ביים אייבערשטן.


מאך פון דעם אליינס א תפילה; בעט דעם אייבערשטן אויף דעם אליין: "רבונו של עולם, איך דארף אן עצה צו קענען רעדן צו דיר. יעדעס מאל ווען איך וויל רעדן צו דיר ווער איך אומגעדולדיג, העלף מיר איך זאל האבן א קלארע אמונה, איך זאל שפירן ווי דו ביסט מיט מיר און אזוי וועל איך רעדן צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - וואס זענען די הלכות ביים אפגיסן נעגל וואסער?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, צניעות, שאלות, הלכה, תפלות אויף אידיש, נעגל וואסער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, דאס געבט מיר פילע עצות און חיזוק אין לעבן. איך בין נתעורר געווארן פון די שיעורים אפצוגיסן נעגל וואסער יעדן טאג, דעריבער וויל איך פרעגן עטליכע שאלות וועגן נעגל וואסער.


א. אויב מ'שטייט אויף אינמיטן די נאכט, דארף מען זיך אפגיסן נעגל וואסער?


ב. און אויב יא איז דאס שוין גענוג און מ'דארף זיך נישט נאכאמאל וואשן אינדערפרי?


ג. און אויב וואשט מען זיך אפ אינדערפרי און מען לייגט זיך צוריק נאכדעם בייטאג, דארף מען זיך נאכאמאל וואשן ווען מ'שטייט אויף? דאס איז מיר נוגע ווייל איך געב צו עסן פאר מיין בעבי, און איך קען נישט וויסן ווען איך גיי דארפן אויפצושטיין זיך אפצוגעבן מיט אים.


ד. וויאזוי גיסט מען זיך אפ? איינער זאגט 8 מאל, א צווייטער זאגט 6 מאל, און פון איינעם האב איך אמאל געהערט אז קודם גיסט מען אפ זעקס מאל געהעריג, און דערנאך נאכאמאל דריי מאל אויף די רעכטע הענט און נאכדעם דריי מאל אויף די לינקע האנט. וואס איז די ריכטיגע וועג?


ה. מעג מען נעמען וואסער פאר נעגל וואסער פון א סינק אין בית הכסא אדער פון די וואנע?


ו. אויך דארף מען אפוואשן די הענט פאר די בעבי, ווי אלט דארף מען זיין אז מ'זאל דארפן אפוואשן די בעבי'ס הענט?


ז. ווען מ'געבט צו עסן פאר די בעבי, דארף מען נאכדעם וואשן די הענט יעדעס מאל? איך זיץ אויפ'ן קאוטש און איך געב עסן פאר די בעבי, איך וואלט געוואלט דעמאלט זאגן תהלים, מעג איך דאס טון? אדער דארף איך ווארטן ביז איך ענדיג און איך וואש זיך קודם די הענט?


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים. און א באזונדערע יישר כח פאר די הערליכע פלעי פון די פארלוירענע בת מלך, דאס האט מיר ממש איבערגענומען, איך האב נאכנישט געזען אזא פלעי אין מיין לעבן, און איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון דעם.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעגל וואסער איז א יסוד היסודות אין א אידישע שטוב; גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי דארף מען זיך אפגיסן די הענט. עס זענען דא צוויי טעמים פארוואס מען דארף זיך אפגיסן די הענט ווען מען שטייט אויף אינדערפרי, איין טעם ווייל בשעת מען שלאפט כאפט מען זיך אן וואו מען איז צוגעדעקט און מען ווערט טמא (רא"ש ברכות פרק ט, סימן כג), נאך א טעם (תשובות הרשב"א, חלק א', סימן קצא): ווייל ווען מען שטייט אויף ווערט מען א בריה חדשה, אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, כג): "חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ", און די ערשטע זאך פאר מיר הייבן אן צו טון אונזער עבודה פארן אייבערשטן דארפן מיר זיך וואשן די הענט, אזוי ווי די כהנים וואס האבן זיך געדארפט וואשן די הענט ביים כיור יעדן צופרי זיך צו רייניגן פאר זיי האבן אנגעהויבן די עבודה אין בית המקדש.


דער זוהר הקדוש זאגט (וישב, קפד:) בשעת א מענטש שלאפט גייט ארויף זיין נשמה און עס קומט א רוח טומאה אויפן מענטש, און ווען דער מענטש וועקט זיך אויף קומט זיין נשמה צוריק, דעמאלט גייט אוועק די רוח טומאה פון אים אבער עס בלייבט אויף זיין הענט און טוט זיך נישט אפ נאר דורך נעגל וואסער.


א – דערפאר דארף מען זייער מקפיד זיין גלייך ווען מען שטייט אויף זיך אפצוגיסן נעגל וואסער ביים בעט; אפילו מען שטייט אויף אינמיטן דער נאכט און מען וויל געבן עסן פארן קינד וכדומה - זאל מען זיך אפגיסן נעגל וואסער (משנה ברורה, אורח חיים סימן א, סעיף קטן ב).


ב – אויב מען איז אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט און מען לייגט זיך צוריק שלאפן ווען עס איז נאך נאכט דארף מען זיך נאכאמאל אפגיסן ווען מען שטייט אויף אינדערפרי (משנה ברורה אורח חיים סימן ד', סעיף קטן כז).


ג – אויב מען שלאפט בייטאג - זאגט דער מחבר (שם, סעיף טו) - איז א ספק צי מען דארף זיך וואשן די הענט, דעריבער זאל מען זיך וואשן אן א ברכה (רמ"א, שם). און דאס דארף נישט זיין ביים בעט, נאר מען קען אראפגיין פון בעט, און פאר מען וויל עפעס טון זאל מען זיך וואשן די הענט ביים סינק (אשל אברהם; משמרת שלום סימן א, סעיף קטן ג).


ד – מען גיסט אפ דריי מאל יעדע האנט; אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (שם, סעיף ב): "יְדַקְדֵּק לְעָרוֹת עֲלֵיהֶן מַיִם שָׁלֹשׁ פְּעָמִים, לְהַעֲבִיר רוּחַ רָעָה שֶׁשּׁוֹרָה עֲלֵיהֶן". מען הייבט אן מיט די רעכטע האנט; מען הייבט אויף דעם טעפל מיט די רעכטע האנט און מען געבט דאס איבער אין די לינקע האנט און מען גיסט אפ איין מאל די רעכטע האנט און נאכדעם די לינקע האנט, נאכדעם גיסט מען אפ די רעכטע האנט און אזוי ווייטער - סך הכל דריי מאל די רעכטע האנט און דריי מאל די לינקע האנט (שם, סעיף י). עס זענען דא וואס גיסן א פערדע מאל (משנה ברורה שם, סעיף קטן יא, בשם ספר מעשה רב שכן נהג הגר"א זכותו יגן עלינו), אזוי אויך זענען דא וואס גיסן נאכדעם דריי מאל אויף יעדן האנט (דרכי חיים, שכן נהג הרה"ק מצאנז זכותו יגן עלינו), דאס איז אלעס מנהגים אבער די הלכה איז זיך אפצואוואשן די הענט דריי מאל.


ה – אויב מען האט נישט קיין אנדערע וואסער, נאר פון א קראן וואס געפונט זיך אין בית הכסא קען מען נעמען די וואסער, ווייל די פוסקים זענען דן אויף אונזערע בתי כסאות צי זיי האבן א דין פון א בית הכסא (עיין בשאלות ותשובות מנחת יצחק חלק א, סימן ס).


ו – מען פירט זיך אפצוגיסן אפילו גאר קליינע קינדער (משנה ברורה שם, סעיף קטן י'; בן איש חי פרשת תולדות סימן י) כדי זיי זאלן אויפוואקסן בקדושה ובטהרה; אזוי ווי דער רבי'ס מאמע פיגא די נביאה האט געטון, גלייך ווען דער רבי איז געבוירן געווארן האט זי אים אפגעגאסן די הענט, און אזוי יעדעס מאל ווען דער רבי איז נאך געווען א קליינע בעיבי און דער רבי האט זיך אויפגעוועקט אינמיטן די נאכט, האט זי אים אפגעגאסן נעגל וואסער.


ז – אז מען כאפט זיך אן במקומות המכוסים און מען וויל דאווענען אדער זאגן תהילים דארף מען זיך אפגיסן די הענט (שם, סימן כא), אבער אז מען וויל רעדן צום אייבערשטן קען מען רעדן צו אים; אפילו מען האלט אינמיטן זייגן דאס קינד און מען האט נישט ריינע הענט - קען מען רעדן צום אייבערשטן.


דעריבער זאלט איר זיך נישט צוריק האלטן בשעת'ן געבן צו עסן פארן קינד צו רעדן צום אייבערשטן, ווייל דאס וועט מאכן אז דער קינד זאל וואקסן א גרויסע צדיק. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן יב): "הֶחָלָב שֶׁל צַדֶּקֶת הוּא טוֹב לַתִּינוֹק לְיִרְאַת שָׁמַיִם, וְגַם נוֹתְנוֹת לוֹ מֶמְשָׁלָה בָּעוֹלָם הַזֶּה", מילך פון אן ערליכע פרוי ברענגט יראת שמים פארן קינד; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן מז): "יִזָּהֵר מְאֹד שֶׁלּא יִינַק הַוָּלָד מֵאִשָּׁה רָעָה", מען דארף אכטונג געבן אז דאס קינד זאל נישט זייגן פון אן אשה רעה, "כִּי חָלָב מְטַמֵּא וְחָלָב מְטַהֵר"; זאלט איר אודאי רעדן צום אייבערשטן ווען איר געבט צו עסן פארן קינד, אזוי ארום וועט דאס קינד אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


דער עיקר זאלט איר אכטונג געבן זיך אויפצופירן בצניעות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; איר זאלט זען צו גיין אנגעטון נאר מיט צניעות'דיגע קליידער, און בעטס שטענדיג דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן דיר דינען, קינדער וואס וועלן לערנען און דאווענען און זיך פירן מיט יראת שמים בזכות דעם וואס איך געב אזוי שטארק אכטונג אויף צניעות. אייבערשטער העלף מיר איך זאל מיך קענען שטארקן אויף מיין יצר הרע, און איך זאל שטענדיג געדענקען אז עס לוינט זיך נישט גיין אנגעטון פראסט צו פארלירן מיינע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#17 - מעג מען לערנען פאר'חלומ'ט? נוצן גרעיפ דזשוס פאר קידוש? זיך צוריקהאלטן פון ברכת המזון?
שאלות, הלכה, סדר דרך הלימוד, משקה המשכר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוון וואס זענען מיר זיך זייער מחיה.


איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן. איינס אז איך האב געזען אז דער של"ה הקדוש שרייבט (בתורה אור במסכת שבועות אות קע''ז) אז ס'איז דא א גרויסער ענין צו זאגן די ווערטער פון תורה אפילו מ'פארשטייט נישט וואס מ'זאגט, ער לייגט אבער צו אז מ'דארף אבער יא האלטן קאפ און אינזין האבן אז מ'לערנט יעצט תורה, ווייל אויב מ'איז אינגאנצן פאר'חלומ'ט און מ'כאפט אפילו נישט אז מ'לערנט יעצט, איז עס גארנישט ווערד. מיין שאלה איז אז ווען איך זאג תורה איז יא דא אמאל וואס איך ווער אינגאנצן פאר'חלומ'ט, איז דאס עפעס ווערד? איך פארשטיי אז ס'איז זיכער בעסער ווי צו פארברענגען די צייט, די שאלה איז אבער אויב מ'זאל אנשטאט דעם ענדערש טון עפעס אן אנדערע מצוה.


צווייטנס, דער רבי שרייבט אין ספר המדות ,"מי שאינו יכול ללמוד מחמת מניעות יפרוש ממשקה המשכר", אויך געדענק איך אז דער רבי האט נישט געהאלטן פון טרונקען וויין נאר צו קידוש און הבדלה, איז מיין שאלה אויב היינט אז ס'איז שוין דא גרעיפ דזשוס זאל מען אויך ביי קידוש און הבדלה נוצן נאר גרעיפ דזשוס, אדער זאל מען דעמאלט יא דוקא נוצן וויין?


דריטנס, ס'שטייט אין שלחן ערוך אז היינטיגע צייטן דאווענט מען נישט קיין תפלת נדבה, ווייל מען האט נישט אינזין. איז מיין שאלה צי דאס מיינט אז מ'דארף פרובירן זיך ארויסצודרייען פון דאווענען ווען מ'קען, ווייל מ'וועט דאך נישט אינזין האבן. דאס קען אויסקומען ביים בענטשן ברכת המזון, אויב מ'זאל ענדערש זיך נישט וואשן צו ברויט ביי פת שחרית, און אזוי וועט מען נישט דארפן בענטשן, און אויך לגבי מלוה מלכה און סעודת ראש חודש, צי מ'זאל פרובירן עס יוצא צו זיין מיט עפעס וואס מען איז נישט מחויב צו בענטשן נאכדעם.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


עקיבא

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד עקיבא נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זע צו לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן און לייג אוועק אלע דיינע ספיקות און קשיות; אז מען פאלגט דעם רבי'ן און מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד וואס ער האט אונז געגעבן (עיין שיחות הר"ן, סימן עו) דאן איז מען זוכה צו גאר שיינע זאכן. מען הייבט אן פארשטיין דאס לערנען און מען קומט אן צו לערנען זייער אסאך, אויך איז מען זוכה צו באקומען ישוב הדעת.


בנוגע טרינקן וויין; דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל נישט טרינקען קיין משקה המשכר, בלויז פאר קידוש און הבדלה מעג מען. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כו): "צָרִיך לְהַרְחִיק מִשִּׁכְרוּת, וּלְדַקְדֵּק שֶׁלּא לִשְׁתּוֹת יוֹתֵר מִיכָלְתּוֹ, כְּדֵי שֶׁלֹּא יָבוֹא לִידֵי שִׁכְרוּת; ווייל אז מען טרינקט זיך אן און מען ווערט שיכור זאגט דער רבי: "יוּכַל לָבוֹא לִידֵי רָעוֹת וְכוּ' חַס וְשָׁלוֹם", קען מען צוקומען צו שלעכטס.


אין ספר המדות האט דער רבי א גאנצע ערך פון די הארבקייט און עקלדיגקייט פון א שיכור; דער רבי זאגט דארט (אות שכרות, סימן ד): "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹהֵב מִי שֶׁאֵינוֹ מִשְׁתַּכֵּר", דער אייבערשטער האט ליב ווער עס טרינקט נישט; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ג): "אִי אֶפְשַׁר לְשִׁכְרוּת שֶׁלֹּא יָבִיא לְאֵיזֶה תַּקָלָה", עס איז נישט מעגליך עס זאל נישט ארויס קומען שלעכטס ווען מען שיכור'ט זיך אן; דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן נישט צו טרינקען א גאנץ יאר קיין משקה המשכר.


בנוגע עסן פת שחרית וכו'; אנשי שלומינו זענען זייער מקפיד צו עסן פת שחרית גלייך נאכן דאווענען, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות כעס, סימן יז): "סְגֻלָּה לְכַעַס - שֶׁיֹּאכַל פַּת שַׁחֲרִית", פת שחרית איז מסוגל מען זאל נישט קומען צו כעס; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות לימוד, סימן מח): "עַל-יְדֵי פַּת שַׁחֲרִית תַּלְמוּדוֹ מִתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְזוֹכֶה לִלְמֹד וּלְלַמֵּד", פת שחרית איז מסוגל מען זאל קענען לערנען, געדענקען דאס לערנען און אויך צו האבן הצלחה מיטן פארלערנען פאר תלמידים.


ביי אנשי שלומינו איז מען מקיים יעדעס ווארט פון רבי'ן בתמימות ופשיטות, אן קיין חכמות; אזוי אויך איז מען מקפיד אויף יעדן סעיף אין שלחן ערוך. מען וואשט זיך צו מלוה מלכה, אזוי ווי דער מחבר פסק'נט (שלחן ערוך אורח חיים, סימן ש): "לְעוֹלָם יְסַדֵּר אָדָם שֻׁלְחָנוֹ בְּמוֹצָאֵי שַׁבָּת, כְּדֵי לְלַוּוֹת אֶת הַשַׁבָּת, אֲפִלּוּ אֵינוֹ צָרִיך אֶלָּא לִכְזַיִת", אזוי אויך אום ראש חודש וואשט מען זיך צו א סעודה, אזוי ווי דער מחבר פסק'נט (שם, סימן תיט): "מִצְוָה לְהַרְבּוֹת בִּסְעֻדַּת רֹאשׁ חוֹדֶשׁ"; מען בענטשט אין א סידור דיקא, כדי מען זאל נישט אויסלאזן קיין ווערטער, און מוהרא"ש זאגט אז בענטשן אין א סידור איז א סגולה פאר עשירות.


לייג אוועק אלע דיינע חכמות, מען האט גארנישט פון חכמות נאר קאפ ווייטאג, און פאר אידישקייט קומט דאס בכלל נישט צוניץ; קוק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵך בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דאס עיקר אידישקייט איז ווען א מענטש פירט זיך ווי א פשוט'ער איד, מיט תמימות און פשיטות. און ר' נתן שרייבט מורא'דיגע ווערטער (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קד): "הָיָה אוֹהֵב מְאֹד אֶת הָעֲבוֹדוֹת הַפְּשׁוּטוֹת", דער רבי האט זייער ליב געהאט די פשוט'ע עבודות, "שֶׁל סְתָם בְּנֵי אָדָם הָאֲנָשִׁים הַפְּשׁוּטִים הַכְּשֵׁרִים", פון פשוט'ע ערליכע אידן. "וְהָיָה אוֹהֵב מְאֹד מִי שֶׁיָּכוֹל לוֹמַר הַרְבֵּה תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת בְּתוֹך הַסִּדּוּרִים הַגְּדוֹלִים כְּדֶרֶך הַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים", און דער רבי האט זייער ליב געהאט די וואס זאגן אלע תחינות און בקשות וואס זענען געדרוקט אין די גרויסע סידורים, אזוי ווי די פשוט'ע מענטשן פירן זיך. "וְהָיָה מַזְהִיר וּמוֹכִיחַ אוֹתָנוּ כַּמָּה פְּעָמִים, לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת", דער רבי פלעגט אונז זייער אנזאגן און אנווארענען אז מיר זאלן זינגען זמירות אום שבת, "וְהָיָה מַקְפִּיד וְכוֹעֵס מְאֹד עַל מִי שֶׁהוּא חָכָם בְּעֵינָיו וְאֵינוֹ מִתְאַמֵּץ לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת אוֹ שְׁאָר עֲבוֹדוֹת פְּשׁוּטוֹת", און דער רבי פלעגט זייער מקפיד זיין אויף די מענטשן וואס האלטן זיך פאר חכמים און זינגען נישט קיין זמירות שבת ביי די סעודות און מוצאי שבת ביי מלוה מלכה, און אנדערע פשוט'ע עבודות. "כִּי עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא בִּפְשִׁיטוּת וּבִתְמִימוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", ווייל דער עיקר אידישקייט איז זיך פירן פשוט אן קיין חכמות - ווי א פשוט'ער איד.


שרייבט ווייטער ר' נתן: "וְגַם הוּא בְּעַצְמוֹ קֹדֶם שֶׁהִגִּיעַ לוֹ הַחוֹלַאַת הַכָּבֵד שֶׁנִּסְתַּלֵּק עַל יָדוֹ, קֹדֶם לָזֶה, כָּל יָמָיו הָיָה מְזַמֵּר זְמִירוֹת הַרְבֵּה בְּכָל שַׁבָּת וְשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת", דער רבי פלעגט זינגען זיין גאנץ לעבן זייער אסאך זמירות יעדן שבת און יעדן מוצאי שבת.


דער חכם מכל אדם זאגט (משלי י, ט): "הוֹלֵךְ בַּתֹּם יֵלֶךְ בֶטַח", ווער עס גייט בתמימות, דער גייט אויף א זיכערע וועג.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#16 - זאל איך קויפן א דירה?
פרנסה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך שואל עצה געווען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א איבער קויפן א דירה, דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט איך זאל קויפן, למעשה איז אבער מיין פרנסה איז נישט עפעס אזוי גוט, איך מוטשע זיך אסאך, זאל איך טאקע אריינטאנצן אין חובות צו קויפן א דירה, אפילו איך ווייס נישט ווי אזוי איך וועל עס קענען באצאלן?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, אויב א מענטש האט א רצון קען ער זייער שיין מצליח זיין, ווייל אלעס ווענדט זיך אין די ווילן פונעם מענטש. "רצון ברעכט אייזן"; וואס א מענטש וויל מיט א שטארקייט וועט ער באקומען - סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.


מיר זאגן דריי מאל א טאג ביים דאווענען (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ אֶת יָדֶךָ וּמַשְׂבִּיעַ לְכָל חַי רָצוֹן", דער אייבערשטער עפענט זיינע הענט און געבט פאר אלעמען א רצון; לכאורה, ווי קומט דא אריין רצון? מיר דארפן דאך עסן, עס וואלט ענדערש געדארפט שטיין: "פּוֹתֵחַ אֶת יָדֶךָ, וּמַשְׂבִּיעַ לְכָל חַי 'מָזוֹן'"... ענטפערט מוהרא"ש, אז דערפאר שטייט "רָצוֹן", ווייל אויב א מענטש האט א רצון וועט אים דער אייבערשטער העלפן מיט וואס ער דארף; ער וועט האבן 'מָזוֹן' און אלעס וואס ער וויל, ווייל אלעס ווענדט זיך אין די ווילן.


זע צו לערנען יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי און א פרק תוספתא, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו האבן אן אייגענע דירה. מוהרא"ש זאגט אז ב'בלי, י'רושלמי, ת'וספתא איז די ראשי תיבות 'בי"ת'; אז מען לערנט יעדן טאג די דריי לימודים בויט מען זיך א בית נצחי אויף יענע וועלט, אזוי אויך איז דאס מסוגל צו האבן א דירה דא בזה העולם.


שטארק דיר מיט אמונה אינעם אייבערשטן און נעם אריין דעם אייבערשטן אין דיין לעבן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג.): "כָּל הַמְשַׁתֵּף שֵׁם שָׁמַיִם בְּצַעֲרוֹ",  ווער עס נעמט אריין דעם אייבערשטן כביכול אין זיין צרה, ער דערציילט פארן אייבערשטן זיינע צרות און ער בעט דעם אייבערשטן אויף זיין שפראך ער זאל אים העלפן, "כּוֹפְלִין לוֹ פַּרְנָסָתוֹ", דאפעלט מען אים זיין פרנסה; דערפאר, אז דו וועסט זיך מחזק זיין מיט אמונה, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן מיט פרנסה און דו וועסט זיך פארלאזן אינגאנצן אויף אים, וועסטו זוכה זיין צו האבן פרנסה בשפע און א אייגענע הויז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - אז איך באקום געלט פון כולל, הייסט דאס אז איך ליג אין תאוות ממון?
לימוד התורה, פרנסה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרישער אינגערמאן, באלד ענדיגט זיך מיין שנה ראשונה, און איך לערן אין א כולל הלכה, און איך מוטשע זיך מיט מחשבות אויב איך טו ריכטיג, ווייל איך ווייס אז ביים הייליגן רבי'ן איז דער תאווה צו געלט געווען פון די ערגסטע זאכן, און ווען איך לערן אין כולל שפיר איך אז אלעס דרייט זיך נאר ארום געלט, דאס קומען צייטליך, די בחינות, לערנען רציפות, און אזוי ווייטער. הייסט דאס אז איך ליג אין תאוות ממון?


פון די אנדערע זייט וויל איך למעשה לערנען תורה ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, נישט סתם פאר ביזנעס חס ושלום. אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר אויסקלארן ווי אזוי איך דארף באטראכטן די זאך.


א גרויסן יישר כח, שמואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט די הייליגע תורה און דו לערנסט שלחן ערוך אויף הלכה למעשה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): אויפן פסוק (תהילים פז, ב): "אֹהֵב ה' שַׁעֲרֵי צִיּוֹן מִכֹּל מִשְׁכְּנוֹת יַעֲקֹב", דער אייבערשטער האט ליב ווען מען לערנט הלכה מער ווי אלע אנדערע לימודים, ווייל "מִיּוֹם שֶׁחָרַב בֵּית הַמִּקְדָּשׁ, אֵין לוֹ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּעוֹלָמוֹ, אֶלָּא אַרְבַּע אַמּוֹת שֶׁל הֲלָכָה בִּלְבַד", פון ווען מיר האבן פארלוירן דעם בית המקדש - דעם אייבערשטנ'ס הויז, וואוינט דער אייבערשטער דארט וואו מען לערנט הלכה; דערפאר האט דער רבי זייער מקפיד געווען אז יעדער איד דארף לערנען יעדן טאג הלכה (עיין שיחות הר"ן, סימן כט); וואויל איז דיר אז דו ביסט זוכה צו לערנען רוב צייט פון דיין טאג הלכה למעשה.


אז מען קומט צייטליך אין כולל, מען נעמט די בחינות און מען לערנט שעות רצופות - דאס מיינט נישט תאוות ממון, דאס מיינט אז מען איז א בעל אחריות. א אינגערמאן ווען ער האט חתונה שרייבט ער אונטער אין די כתובה: "וַאֲנָא אֵזוֹן וַאֲפַלַח וְאוֹקִיר וַאֲפַרְנֵס יָתֵייכִי כְּהִלְכוֹת גּוּבְרִין יְהוּדָאִין", איך נעם זיך אונטער צו ברענגען פרנסה; ווען דו האסט חתונה געהאט האסטו זיך מתחייב געווען צו ברענגען פרנסה פאר דיין ווייב, אז דו קענסט דאס באווייזן ווען דו לערנסט אין כולל - וואויל פאר דיר.


געדענק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", די גאנצע עשירות וואס א מענטש האט - איז פון זיין ווייב; אויב מען איז מכבד די ווייב, מען פירט זיך אויף אין שטוב אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען רעדט איידל און שיין, דורכדעם איז מען זוכה צו האבן עשירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#14 - איך פאר קיין ארץ ישראל, ווי אזוי זאל איך מעביר סדרה זיין?
שאלות, מעביר סדרה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זייט איך בין מקורב צו מוהרא"ש, איז מיר נישט דורך א וואך וואס איך זאל נישט מעביר סדרה זיין, האב איך געוואלט פרעגן וואס איך זאל טון יעצט ווען איך וויל פארן קיין ארץ ישראל די קומענדיגע וואך, און דארט איז גערוקט די פרשה מיט א וואך, וועלכע פרשה זאל איך מעביר סדרה זיין?


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט נזהר אין די מצוה פון מעביר סדרה זיין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַב הוּנָא בַּר יְהוּדָה אָמַר רַבִּי אַמִּי, לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פָּרָשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגּוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פָּרָשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִין לוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו"; א מענטש איז מחויב צו לערנען די פרשה פון די וואך, צוויי מאל די חומש און איין מאל תרגום, און ווער עס איז מעביר סדרה איז זוכה צו אריכת ימים.


זע אויך צו לערנען רש"י; אלע צדיקים האבן זייער מזהיר געווען זייערע תלמידים מען זאל לערנען חומש רש"י יעדן טאג. מען זאגט נאך פון הייליגן רבי ישכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו וואס האט געזאגט: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י, איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן". אויך איז ידוע ביי סאטמארע חסידים אז דער הייליגער קדושת יום טוב זכותו יגן עלינו האט געשיקט זיינע צוויי קינדער דער 'עצי חיים' און דעם בעל 'דברי יואל' זכותם יגן עלינו, ווען זיי זענען נאך געווען גאר קליין, זיי זאלן גיין נעמען א ברכה פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו, ר' מרדכי'לע האט זיי געבענטשט און זיי געזאגט די ווערטער: "קינדערלעך, פילעוועט זיך אין חומש רש"י (לערנט אסאך חומש רש"י), ווייל איך האב געקענט גרויסע גאונים וואס זיי האבן נישט געוואוסט וואו דער אייבערשטער וואוינט, ווייל זיי האבן נישט געלערנט חומש רש"י".


אויך איז באוואוסט אז דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו האט איינגעפירט א סדר פאר זיינע תלמידים אז זיי זאלן יעדן טאג לערנען חומש מיט רש"י איינגעטיילט אויפן וואך; אזוי האבן אלע רבי'ס פון חב"ד זיך געפירט און אזוי פירן זיך היינט אויך חסידי חב"ד, צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך ווייל דאס ברענגט יראת שמים. וואויל איז פאר דעם וואס לערנט יעדן טאג חומש רש"י, דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו לעבן מיטן אייבערשטן.


אז דו פארסט אויף ארץ ישראל וואס איז יעצט אפגערוקט פון חוץ לארץ מיט א סדרה, און דו פרעגסט ווי אזוי דו זאלסט זיך פירן מיט מעביר סדרה זיין; עס ווענדט זיך וואו דו וועסט דאווענען דארט, אויב דו וועסט דאווענען מיט א חוץ לארץ'דיגע מנין זאלסטו ווייטער מעביר סדרה זיין ווי אין חוץ לארץ, אבער אויב דו וועסט דאווענען דארט מיט אן ארץ ישראל'דיגן מנין דארפסטו מעביר סדרה זיין ביידע פרשיות (קצות החושן סימן עב, סעיף קטן ג; ויעיין שאלות ותשבות בצל החכמה חלק א', סימן ט).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - קענען פרויען אויך זאגן תיקון חצות?
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב פרויען זאגן אויך תיקון חצות, און אויב זיי קענען אויך באקומען די גרויסע ישועות דורך דעם, אזוי ווי די מענער.


יישר כח פאר אלעס.


יודל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד יודל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון פרויען; מען האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן פון תפילות פון פרויען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט פשט אין דעם מאמר חז"ל (קידושין מט:): "עֲשָׂרָה קַבִּין שִׂיחָה יָרְדוּ לָעוֹלָם, תִּשְׁעָה נָטְלוּ נָשִׁים, וְאֶחָד נָטְלוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלוֹ", א מאס פון צען קב 'שמועסן' איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, ניין קב האבן גענומען די פרויען, און איין קב איז צעטיילט געווארן פאר די גאנצע וועלט; סתם מענטשן נוצן דאס אראפ צו קלאפן פרויען און צו אפשפעטן פון זיי, ווי צו זאגן אז פרויען רעדן אסאך וכו', אבער מוהרא"ש פלעגט מחזק זיין די פרויען מיט דעם, ער פלעגט זאגן ביי די דרשות פאר פרויען: "פון דעם חז"ל זעט מען אז א פרוי קען מער מתפלל זיין צום אייבערשטן ווי א מאן, ווייל זיי האבן גענומען ניין קב שיחה און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כו:): "אֵין שִׂיחָה אֶלָּא תְּפִילָה", שיחה איז א לשון פון תפילה; מען שמועסט זיך אויס מיטן אייבערשטן. דעריבער זאל א פרוי נוצן איר מאס רייד צו רעדן צום אייבערשטן".


א פרוי איז פטור פון דאווענען שחרית מנחה מעריב. א פרוי איז נאר מחויב צו זאגן אינדערפרי ברכות השחר און זי דארף אכטונג געבן צו בענטשן ברכת המזון אין א סידור, ליינען קריאת שמע שעל המיטה פארן גיין שלאפן און זיך מתבודד זיין צום הייליגן באשעפער, וואס אן דעם איז נישט דא קיין לעבן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ט): אויפן פסוק (תהלים מב, ט): "תְּפִלָּה לְאֵל חַיָּי", אז די גאנצע לעבן פונעם מענטש דארף זיין תפילה; אבער א פרוי וואס האט נישט קיין ווירטשאפט אין שטוב וכו', אויב זי וויל דאווענען בתורת נדבה קען זי דאווענען אלע תפילות און דאס זעלבע איז מיט תיקון חצות.


דער עיקר וואס א אידישע מאמע דארף - איז זיך אפגעבן מיט די קינדער; זיצן מיט די קינדער אין שטוב, זיי דערציילן מעשיות פון צדיקים ווי זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש. קינדער וואס הערן פון די עלטערן מעשיות פון צדיקים וועלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


הער א ווארט וואס דער הייליגער ר' נתן האט געזאגט: "עס איז מיר חשוב מחנך צו זיין מיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין זאגן 'תיקון חצות'"; אז מען וויל אויפשטיין ביי חצות צו זאגן תיקון חצות דארף מען זיך לייגן שלאפן פרי, און ר' נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים פון חדר, ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין; ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, זיי מחנך זיין אנצוגרייטן נעגל וואסער וכדומה, וואס אזא חינוך בלייבט אויף אייביג. א קינד וואס זיינע עלטערן האבן אים שיינערהייט דערמאנט נאכט נאך נאכט צו ליינען קריאת שמע, אים איז גרינגער דאס צו טון זיין גאנץ לעבן. דאס דארפן מיר שטענדיג האלטן פאר אונזערע אויגן: 'שטענדיג רעדן צו די קינדער פון דאס גרויסקייט פון צדיקים און צדקניות'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - זאל איך מאכן מיין ווייב טוישן פון א שייטל צו א טיכל?
שלום בית, צניעות, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די ראש ישיבה פאר אלע עצות און לימודים וואס ברענגט אונז זייער א שיינע לעבן.


לעצטנס איז נאכאמאל נתעורר געווארן א שאלה וועגן שייטלעך, בעיקר ביי די יומען אבער אויך ביי די סינטעטישע, און מיר האבן דאס געוואלט איבערשמועסן מיט'ן ראש ישיבה.


מיין ווייב גייט מיט א שייטל, און מיר האט זייער געשטערט אז ס'איז דא שאלות אויף דעם, איך האב אבער נישט געוואלט מוטשען מיין ווייב דערוועגן. ווען זי האט מיר אבער געפרעגט וואס איך האלט דערוועגן, האב איך איר געזאגט דעם אמת אז כאטש וואס איך ווייס נישט פונקטליך די הלכה, בין איך אבער מוותר אויף די שייטל, איך האב חשק אז זי זאל גיין נאר מיט א שפיצל, וואס דאס איז די מערסטע לכתחלה'דיג, סיי אלס די הלכה שאלות, און סיי אז ס'איז מער צניעות'דיג. ווי מער די צניעות פאלט, דארף מען מאכן שטערקערע גדרים.


למעשה וויל מיין ווייב וויסן, אויסער די פשוטע חיוב צו טון וואס דער מאן וויל, אויב זי דארף אויסטון דעם שייטל צוליב די שאלות וואס איז דא אין דעם, למעשה רעדן נישט די רבנים דערוועגן, איז דאס אפשר בלויז אן הידור, און זי קען איגנארירן די גאנצע זאך און גיין ווייטער אנגעטון אזוי ווי איר גאנצע משפחה גייט.


א גרויסן יישר כח.


מענדל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע די הלכה'דיגע חלק צי א שייטל איז אסור ווייל עס קומט פון עבודה זרה - דאס זאלסטו פרעגן א דיין. דו וואוינסט דאך אין ... גיי פרעג הרה"ג ר' ... שליט"א; לויט וויפיל איך געדענק פון יארן צוריק דארף א שייטל האבן א הכשר אז דאס קומט נישט פון די האר וואס מען שערט זיך פאר עבודה זרה אין אינדיע וכו'.


איך בעט דיר זייער שטארק דו זאלסט מכבד זיין דיין ווייב און איר נישט באצווינגען וכו'; זי איז אן ערליכע און א איידעלע. דו דארפסט איר פארשטיין אז זי וויל טון דיין רצון און דיין ווילן וכו', אבער פון די אנדערע זייט האט זי שוועסטערס און משפחה וכו'; דאס מאכט איר וועלן גיין ווי אזוי זיי גיין אנגעטון וכו'. אויב דיין ווייב איז מסכים זיך צו טוישן וכו', איז זיכער אז א טיכל איז מער צניעות'דיג און אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו די ברכה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא וישלח, ו): אויפן פסוק (תהלים קכח, ג): "אֶשְׁתְּך כְּגֶפֶן פּוֹרִיָּה" ווען איז א פרוי ווי א וויינשטאק, ווען איז א פרוי זוכה צו זיין "כְּגֶפֶן פּוֹרִיָּה" אויפצושטעלן א שטוב מיט קינדער? ווען זי איז "בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶך"; ווען זי פירט זיך איידל און גייט אנגעטון איידל, דעמאלט וועט זי זוכה זיין צו די ברכה פון "בָּנֶיך כִּשְׁתִילֵי זֵיתִים", זי וועט אויפשטעלן קינדער וואס וועלן געזאלבט ווערן מיטן שמן המשחה, עיין שם.


די וויכטיגסטע זאך אין שלום בית איז אז מאן און ווייב רעדן זיך דורך איינער מיטן צווייטן, מען הערט אויס איינער דעם צווייטן און מען פארשטייט יענעמס הרגשים וכו'. מען קען נישט ארויפצווינגען די אייגענע ווילן אויפן צווייטן, ווער רעדט נאך פון טשעפען א ווייב, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", א מענטש זאל זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען זיין ווייב, "מִתּוֹך שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל זי וויינט זייער שנעל. מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן צו אונז פון שלום בית און דאס איז פון די יסודות אין "היכל הקודש".


דערפאר בעט איך דיר זייער, דו זאלסט נישט באצווינגען דיין ווייב זי זאל זיך טוישן וכו' אפילו דו מיינסט גוטס; דו ווילסט אן ערליכער שטוב און דו ווילסט מען זאל גיין ביי דיר מיט אן ערליכן לבוש וכו'. אבער געב אכטונג אז דיין ווייב זאל נישט האבן א פחד פון דיר, ווייל אויב מען לייגט א פחד אין שטוב פארלירט מען אלעס רחמנא לצלן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "לְעוֹלָם אַל יַטִּיל אָדָם אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹך בֵּיתוֹ", א מענטש זאל נישט ווארפן א שרעק אויף זיין ווייב און קינדער, "שֶׁהֲרֵי פִּילֶגֶשׁ בְּגִּבְעָה הִטִּיל עָלֶיהָ בַּעֲלָהּ אֵימָה יְתֵירָה וְהִפִּילָה כַּמָּה רְבָבוֹת מִיִּשְׂרָאֵל". ווייל די מעשה פון פילגש בגבעה ווי זיבציג טויזענט אידן זענען גע'הרג'עט געווארן האט זיך אנגעפאנגען פון א מענטש וואס האט געווארפן א פחד אויף זיין ווייב, נאך זאגן חז"ל (שם): "אָמַר רַב יְהוּדָה אָמַר רַב, כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹך בֵּיתוֹ סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלשׁ עֲבֵירוֹת, גִלּוּי עֲרָיוֹת, וּשְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת". ווער עס ווארפט א פחד אויף זיין ווייב וועט נאכדעם צוקומען צו די דריי הארבע עבירות פון גילוי עריות, שפיכות דמים און חילול שבת.


איך פארשטיי דיר גאנץ גוט אז דו ווילסט דיין שטוב זאל זיין מער צניעות'דיג,  ווייל עס זענען דא פוסקים וואס האלטן (סמ"ק, מצוה נז) אז צניעות ביי פרויען איז א דאורייתא, נישט סתם א חומרא. און דו ווילסט זוכה זיין צו די ברכות וואס מען באקומט ווען די פרוי פירט זיך בצניעות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא וישלח, ו): אויפן פסוק (תהלים מה, יד): "כָּל כְּבוּדָּה בַּת מֶלֶך פְּנִימָה" - אָמַר רַבִּי יוֹסֵי כְּשֶׁהָאִשָּׁה מַצְנַעַת אֶת עַצְמָהּ בְּתוֹך הַבַּיִת, רְאוּיָה לְהִנָּשֵׂא לְכֹהֵן גָדוֹל, וְתַעֲמִיד כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים", אויב א פרוי פירט זיך בצניעות וועט זי האבן קינדער גרויסע צדיקים, נאך זאגן חז"ל (שם): "אָמַר רַבִּי פִּנְחָס הַכֹּהֵן בַּר חָמָא, בִּזְמַן שֶׁהִיא צְנוּעָה בְּתוֹך הַבַּיִת, כְּשֵׁם שֶׁהַמִזְבֵּחַ מְכַפֵּר כָּך הִיא מְכַפֶּרֶת עַל בֵּיתָהּ", ווען א פרוי גייט בצניעות און זי פירט זיך איידל, איז זי מכפר אויף איר הויז אזוי ווי דער מזבח; אבער מען קען נישט ארויפצווינגען וכו'.


אויב דו וועסט לעבן בשלום מיט איר, דו וועסט איר מכבד זיין, דו וועסט איר לויבן און געבן כסדר לויב ווערטער, וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט רוען ביי דיר אין שטוב און דו וועסט זוכה זיין צו אלע ברכות און צו אלעס גוטס.


איך האף אז דו וועסט זיין א מבין דבר מתוך דבר און דו וועסט מיר פאלגן.