שאלה אין קורצן ענין
#132 - ווי אזוי קען איך טרעפן א שידוך און ארויסגיין פון חובות?
שידוכים, חובות, פרנסה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, דאס געבט מיר ממש לעבן.


איך בין א גרוש, 37 יאר אלט, אן קינדער, און איך בין זייער צעבראכן פון דעם. איך האב שוין ברוך ה' זוכה געווען אויסצוזאגן צוויי מאל גאנץ תהילים ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע, איך בין אבער נאכנישט געהאלפן געווארן. וואס קען איך טון.


אויך האב איך געוואלט פרעגן וועגן פרנסה. איך האב ברוך ה' א גוטע פרנסה, איך פארדין זייער שיין, כאטש וואס איך וואלט געקענט באשטיין צו האבן א גרינגערע זאך, נישט צו דארפן ארבעטן אזוי שווער; מיין פראבלעם איז אבער אז דאס געלט רינט מיר ארויס פון צווישן די פינגערס, איך זע נישט קיין ברכה אין די געלט, איך האב צופיל הוצאות און חובות.


איך בין זיך מחזק מיט דעם וואס איך גיי פון צייט צו צייט אביסל הפצה מיט קונטרסים און גליונות.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען הדרכה און חיזוק אין מיין מצב.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וזאת הברכה, י"ב תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "הִנֵּה יֵשׁ עֲבֵרָה", עס איז דא אן עבירה, "שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא, שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד", וואס דער עונש פון די עבירה איז אז דער מענטש ווערט א גרויסער בעל חוב. "וַאֲפִילּוּ יַעֲשֶׂה כָּל טַצְדְּקִי דְּאֶפְשָׁר, וְהִתְפַּעֲלוּת, לא יוֹעִיל כְּלָל, וְיִהְיֶה בַּעַל חוֹב תָּמִיד", און אפילו דער מענטש וועט טון אלעס אויף די וועלט נישט צו זיין א בעל חוב, וועט ער אייביג בלייבן אין חובות; מוהרא"ש זאגט די עבירה איז אז מען איז פוגם בברית, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, דעמאלט פאלט מען אריין אין חובות השם ישמרינו.


דעריבער די ערשטע זאך זאלסטו חתונה האבן; אז מען האט חתונה דעמאלט קען מען מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען, אן א ווייב איז זייער ביטער. דער הייליגער רבי נתן שרייבט (ליקוטי הלכות יום הכיפורים הלכה א, אות א): "מִי שֶׁאֵינוֹ נָשׂוּי הוּא פָּגוּם בִּבְרִית", ווער עס איז נישט חתונה געהאט איז פגום בברית, דערפאר האט דער כהן גדול געדארפט זיין חתונה געהאט, ווייל ער איז עוסק אינעם הייליגן טאג יום הכיפורים צו פאררעכטן אלע עבירות פון גאנץ כלל ישראל, וואס דאס קען זיין נאר מיט א ווייב.


מוהרא"ש זאגט, עס איז דא גענוג און נאך שידוכים, אלע קענען חתונה האבן, דער פראבלעם איז אז מען וועלט זיך, מען זאגט אפ שידוכים, מען וויל נישט זיין א מכיר את מקומו, מען האלט זיך מער ווי מען איז; אבער מען דארף וויסן אז מען דארף חתונה האבן ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, מען דארף איבערלאזן קינדער און אייניקלעך וואס זאלן דינען דעם אייבערשטן, מען קען זיך נישט וועלן און מען טאר זיך נישט וועלן.


אז דו ווילסט ארויסגיין פון דיינע חובות זאלסטו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים דעם תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ]; מוהרא"ש האט איינגעפירט אין אלע מנינים אין היכל הקודש מען זאל זאגן דעם תיקון הכללי אינדערפרי גלייך נאכן דאווענען אלע אינאיינעם מיט א מנין. תיקון הכללי איז מסוגל פאר אלע סגולות און אלע ישועות, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): תיקון הכללי איז מסוגל פאר פרנסה און פאר אלע ישועות; זאג יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים וועסטו מתקן זיין דעם חטא און דו וועסט זוכה זיין צו פרנסה.


שטארק זיך מיט אלע כוחות זיין פרייליך, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך וועט האבן הצלחה; דאס זעט מען בחוש, די אלע וואס זענען פרייליך, זיי שטארקן זיך אין זייערע שווערע צייטן - די אלע זענען מצליח. שמחה געבט א ברייטקייט, שמחה עפנט אויף די מח און מען גייט ארום מיט א גדלות המוחין, מען טוט נישט קיין נארישקייטן, מען ווייסט וואו צו לייגן די געלט וכו'.


איך ווייס אז עס איז שווער צו זיין פרייליך, דער סמ"ך מ"ם טוט אלעס אין די וועלט אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין עצבות ומרה שחורה, בפרט דו וואס דו ביסט אליין, דו האסט נישט קיין ווייב - וועט דיר זיין זייער שווער צו זיין פרייליך, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:) אז מען האט א ווייב קען מען זיין פרייליך, דעמאלט האט מען הצלחה, אבער ווען מען איז אליין, מען איז נישט חתונה געהאט - דעמאלט האט מען נישט די אלע גוטע זאכן; דאך זאלסטו פרובירן מיט אלע כוחות יא צו זיין פרייליך.


איך ווארט דו זאלסט מיר שרייבן בקרוב א מזל טוב.

#131 - דארף איך אויסזאגן ביי א שידוך אז איך האב פחדים?
שידוכים, מורה דרך, בחור, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור אין די יארן פון די שידוכים, איך לייד פון פחדים, אבער איך האב ברוך ה' געטראפן א דאקטער וואס האט מיר געגעבן מעדעצין צו בארואיגן און מיט דעם בין איך ממש א נייער מענטש, אבער אן די מעדעצין איז מיין לעבן אויס.


מיין שאלה איז וואס צו טון וועגן שידוכים, מוז איך אויסזאגן אז איך נעם מעדעצין פאר פחדים, איך טראכט אז אויב וועל איך אויסזאגן וועט מיר קיינער נישט וועלן נעמען, ווידער אויב איך זאג נישט אויס איז עס אפשר גניבת דעת, ס'הייסט אז איך האב יענעם אריינגענארט.


איך האב געליינט אין א בריוו ווי דער ראש ישיבה שרייבט אז דאס איז בלויז ווי נעמען טיילענאל פאר קאפ וויי, און דאס מאכט מיר טראכטן אז לכאורה דארף מען דאך נישט אויסזאגן אז מ'נעמט טיילענאל, ממילא דארף מען אויך נישט אויסזאגן אז מ'נעמט מעדעצין. אדער אפשר איז עס נישט ממש גלייך?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן אן עצה וואס צו טון.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען נישט ענטפערן ווען איך ווייס נישט דיין מצב פון דער נאנט; עס ווענדט זיך ווי שטארק די פחדים זענען און ווי שטארק עס קלאפט אויס.


פרעג דיין מורה דרך וואס קען דיר פערזענליך ער זאל דיר זאגן אויב דיין מצב איז גוט אדער דו דארפסט פארציילן וכו'. ווייל נישט אלץ דארף מען זאגן, אבער דאס איז קלאר אז אויב די פחדים זענען זייער שטארק וכו' - דארף מען יא זאגן, זאלסטו דאס פרעגן דיין מורה דרך וואס קען דיר פערזענליך.


דער עיקר זאלסטו זיך זייער שטארקן, עס זאל דיר בכלל נישט אנגיין אז דו דארפסט נעמען מעדעצין צו זיין רואיג. דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט געטראפן די ריכטיגע מעדעצין וואס ארבעט פאר דיר און מאכט דיר רואיג און פרייליך.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר דיין גוטע לעבן וועסטו שפירן אויף די וועלט די זיסע טעם וואס אלע צדיקים שפירן אין גן עדן. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב): "ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן שפירט מען א טעם פון גן עדן"; ווי מער א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן איז דער מענטש נענטער צום אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ט, ז): "לֶעָתִיד לָבוֹא כָּל הַקָּרְבָּנוֹת בְּטֵלִין, וְקָרְבַּן תּוֹדָה אֵינוֹ בָּטֵל; כָּל הַתְּפִלּוֹת בְּטֵלוֹת, הַהוֹדָאָה אֵינָהּ בְּטֵלָה", לעתיד לבוא וועלן אלע קרבנות בטל ווערן, חוץ קרבן תודה וועט איבערבלייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#130 - איז אמת אז ווער ס'קומט נישט אויף אומאן גלויבט נישט אין באשעפער?
אומאן, שידוכים, תהלים, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען צוויי מיידלעך חבר'טעס פון ארץ ישראל, מיר זענען זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס דערנענטערן אונז צום אייבערשטן.


מיר האבן געוואלט פרעגן צוויי זאכן. איינס איבער א באקאנטע ליד מיט די ווערטער "ראש השנה שלי עולה על הכל, מי שמאמין בה' יתברך צריך לבוא", דאס מיינט אז ווער ס'גלויבט אין באשעפער דארף קומען ראש השנה אויף אומאן. מיינט דאס טאקע אז ווער ס'גייט נישט ראש השנה קיין אומאן, גלויבט ער נישט אין באשעפער? מיר ווילן וויסן אויב דאס איז טאקע ווערטער וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט.


אויך ווילן מיר וויסן, מיר האבן געהערט אז דער הייליגער רבי האט געזאגט אז אויס א חתן און כלה טרעפן זיך פון נאך די תנאים ביז די חתונה, ברענגט דאס א מבול. ווילן מיר וויסן אויב ס'איז טאקע אמת, ווייל מיר האבן געהערט אז מוהרא"ש האט געהאלטן אז חתן כלה מעגן יא רעדן, ווילן מיר וויסן וואס איז די ריכטיגע וועג.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די שיחות וואס מען זעט אינעם הייליגן ספר חיי מוהר"ן און שיחות הר"ן זענען קראנט און וואר, אנדערע שיחות וואס מען זאגט נאך בשם דעם און יענעם איז א צווייטע געשיכטע.


בנוגע קומען קיין אומאן; דאס איז קלאר אז דער הייליגער רבי האט געהייסן קומען, אזוי ווי רבי נתן ברענגט. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָראֹשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלסדינג, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער זאל נישט פעלן, "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה. "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל ראֹשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", נאך האט דער רבי געזאגט: ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר.


די ווערטער פונעם ניגון איז אויסגעזויגן פון פינגער; אזוי איז אויך מיט די צווייטע שיחה.


דער עיקר זאלט איר זאגן אסאך תהילים און וואס איר דארפט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח): "אֲמִירַת תְּהִלִּים מַעֲלָה גְּדוֹלָה, כְּאִלּוּ אֲמָרָם דָּוִד הַמֶּלֶךְ בְּעַצְמוֹ. כִּי הוּא אֲמָרָם בְּרוּחַ הַקֹּדֶשׁ, וְהָרוּחַ הַקֹּדֶשׁ מֻנָּח בְּתוֹךְ הַתֵּבוֹת, וּכְשֶׁאוֹמְרָם הוּא מְעוֹרֵר בְּרוּחַ פִּיו אֶת הָרוּחַ הַקֹּדֶשׁ, עַד שֶׁנֶּחֱשָׁב כְּאִלּוּ אֲמָרָם דָּוִד הַמֶּלֶךְ עָלָיו הַשָּׁלוֹם בְּעַצְמוֹ", דוד המלך האט געשריבן דעם ספר תהלים מיט אזא רוח הקודש אז יעדער מענטש וואס זאגט תהלים שפירט ווי דער קאפיטל מיינט אים.


ווען איר האט איבריג צייט זאלט איר נעמען דעם ספר תהלים און זאגן דעם "יום", און אריין פלעכטן אייערע אייגענע געבעטן, וועט איר זען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#129 - דארף א גרושה זיך שערן די האר?
שידוכים, גט, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן דאנק פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס געבן מיר אסאך חיזוק אין לעבן.


איך בין א גרושה, און איך וויל וויסן אויב איך דארף זיך נאכאלץ שערן די האר. אויך דארף איך נאך חיזוק צו בעטן דעם אייבערשטן, איך האלט אין איין בעטן דעם אייבערשטן איך זאל טרעפן א שידוך, איך בין שוין אויך געווען ביים ציון פון מוהרא"ש און אויסגעזאגט גאנץ תהלים, אבער דערווייל איז שוין אריבער א האלבע יאר אן אנצוטראגן א געהעריגע שידוך.


אויך וויל איך וויסן איבער דעם וואס ס'שטייט אז נאך איידער א מענטש ווערט געבוירן איז שוין אנגעשריבן פאר אים זיין שידוך, איז דאס שייך אויך פאר מיר אויב איך האב נאכנישט געהאט קיין קינדער? און אויב איז דאס נישט שייך ביי א צווייטע שידוך, איז דען פאר מיר אנגעשריבן א מאן?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


האטס נישט מורא, איר האט א שידוך; עס איז אנגעשריבן פאר אייך א שידוך, איר וועט בקרוב טרעפן אייער שידוך.


ווען מען דאווענט צום אייבערשטן דארף מען האבן געדולד; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ב) אז תפילה ווערט אנגערופן חוטם - די נאז פונעם מענטש, אזוי ווי עס שטייט )ישעיה מח, ט): "וּתְהִלָּתִי אֶחֱטָם לָךְ"; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, וואס האט דאווענען מיט די נאז? זאגט מוהרא"ש צוויי זאכן, איינס אז מענטש אן א נאז קען נישט לעבן, די גאנצע אטעם גייט דורך די נאז, אזוי דארף א מענטש לעבן מיט תפילה; עס זאל זיין ביי אים ממש ווי אטעמען, פונקט אזוי ווי אטעמען דארף מען די גאנצע צייט, אזוי דארף זיך א מענטש צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן א גאנצן צייט.


צווייטנס, דער נאז ווייזט אויף אריכת אפים, אויף סבלנות; ווען מען בעט דעם אייבערשטן דארף מען האבן אסאך סבלנות, מען דארף בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן ביז דער אייבערשטער העלפט און שיקט א ישועה.


זייטס ממשיך מיט'ן בעטן דעם אייבערשטן וועט איר זיכער טרעפן אייער שידוך.


אויך זאלט איר ווייטער זיך אפשערן די האר, וועט איר זוכה זיין צו ווערן אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#128 - וואס טו איך אז מיין מאמע לאזט מיר נישט האבן קיין טעלעפאן?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, טעלעפאן, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים וואס איר געבט כסדר, דאס געבט מיר ממש לעבן, און ווייזט מיר א וועג ווי אזוי זיך צו פירן.


איך בין א מיידל פון 18 יאר, און איך גיי אין די צוועלפטע קלאס, און ביי אונזער סקול איז אנגענומען אז אין די צוועלפטע קלאס האט מען שוין אן אייגענעם טעלעפאן, אבער מיין מאמע וויל זייער נישט אז איך זאל האבן א טעלעפאן.


די סיבה דערצו איז ווייל מיין עלטערע שוועסטער האט זיך געקויפט א סמארטפאון גלייך נאך איר חתונה, און זי האט מורא אז איך וועל עס אויך טון. איך האב איר פרובירט מסביר צו זיין אז איך בין נישט אזוי ווי מיין שוועסטער, איך דארף נישט קיין סמארטפאון נאר א פשוטע טעלעפאן, זי זאגט אבער אז אזוי הויבט יעדער אן.


פון איין זייט פארשטיי איך איר, ווייל איך האב עטליכע געשוויסטער וואס פירן זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין, און זי וויל נישט איך זאל גיין אין זייערע וועגן, און זי טענה'ט אז ס'איז מיר נישט וויכטיג צו האבן א טעלעפאן, פון די אנדערע זייט שפיר איך אבער אז ס'איז מיר יא וויכטיג, נאכדערצו אז איך בין די איינציגסטע מיידל פון מיין קלאס וואס האט נישט קיין טעלעפאן. האט איר אפשר אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאמע איז גערעכט, איר דארפט נישט קיין טעלעפאן, איר וועט גארנישט פארדינען מיט'ן טעלעפאן; ווען איר האט איבעריגע צייט זאלט איר העלפן אייער מאמע מיט די שטוב ארבעט, און אז עס איז אייך נאך אלץ געבליבן צייט זאלט איר זאגן תהילים; בעטס זיך אויס ביים אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך, אן ערליכער חתן און צוזאמען אויפשטעלן שיינע דורות. יעצט איז די צייט צו מתפלל זיין אויף דעם, ווען מען איז נאך א מיידל דארף מען שוין טראכטן פון תכלית, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע דורות.


חבר'טעס איז נישט א זאך וואס זעטיגט דעם מענטש, חבר'טעס מאכט נישט באמת פרייליך דעם מענטש; געבטס עפעס פאר אייער נשמה, קאפיטלעך תהילים טרינקט אן די נשמה, עס מאכט פרייליך. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם וואס טרינקט יעדן טאג אפאר קאפיטלעך תהילים"; אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא, די הייליגע חכמים פרעגן (ברכות ז:): פארוואס ווערט רות אנגערופן מיטן נאמען רות? "שֶׁזָּכְתָה וְיָצָא מִמֶּנָּהּ דָּוִד שֶׁרִיוָּהוּ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בְּשִׁירוֹת וְתִשְׁבָּחוֹת", 'רות' איז א לשון פון טרינקען, פון איר איז ארויסגעקומען דוד המלך וואס האט אנגעטרינקען דעם אייבערשטן כביכול מיט'ן ספר תהילים, מיט שירות ותשבחות; דעריבער ווען מען זאגט תהלים איז דאס אזוי ווי א טרינק פאר די נשמה.


אייער מאמע ווארט צו זען אביסל נחת, האטס רחמנות אויף איר; איר קענט זיך נישט פארשטעלן די צער וואס עלטערן האבן ווען די קינדער פירן זיך נישט מיט יראת שמים, עס איז נישט דא נאך אזא צער ווי די צער. אז אייערע שוועסטערס מאכן נישט קיין נחת פאר אייער מאמע בעט איך אייך זייער פאלגט אייער מאמע; אז זי וויל נישט איר זאלט האבן א טעלעפאן זאלט איר דאס נישט האבן, דורכדעם וועט איר אנפילן די לעכער פון איר הארץ און אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו א גוט לעבן.


חבר'טעס איז א דמיון; די אלע וואס לעבן פאר חבר'טעס, זיי פאלגן נישט די עלטערן צוליב חבר'טעס - די זענען א גרויסע רחמנות. עס קומט א צייט וואס מען הייבט אן פארשטיין וואס א מאמע איז, מען הייבט אן האבן שולד געפילן אויף די אלע יארן וואס מען האט פארברענגט מיט חבר'טעס און זיי נאכגעגאנגען אנשטאט די מאמע.


אז איר וועט אננעמען דעם בריוו וועט אייך גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#127 - איך האב צוויי עלטערע ברידער, ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?
שידוכים, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ניינצן יאר, איך האב נאך צוויי עלטערע ברידער וואס האבן נאכנישט חתונה געהאט, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך וויל אזוי שטארק שוין חתונה האבן, און איך קען אפילו נישט רעדן צו מיין טאטע וועגן דעם, וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, י"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס וועסטו האבן אז דו וועסט רעדן מיט דיין טאטע? וואס קען דיר דיין טאטע העלפן? ער איז דאך מער צעבראכן פון דיר, ער שטייט און ווארט עס זאל שוין זיין שמחות אין שטוב.


דיין שידוך ליגט נישט אין דיין טאטענ'ס הענט און די שידוכים פון דיינע ברידער האט אויך נישט צו טון מיט דיין טאטע און מיט קיינעם, עס ליגט נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): לבן און בתואל האבן געזאגט פאר אליעזר עבד אברהם: "מיר קענען נישט צוריק האלטן רבקה פון חתונה האבן מיט יצחק, ווייל 'מֵה' יָצָא הַדָּבָר'"; אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ, כִּי מֵה' הִיא", די עלטערן פון שמשון הגיבור האבן נישט געוואוסט אז זיין שידוך וואס ער האט געטראפן קומט פונעם אייבערשטן; און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון די עלטערן, אבער א שידוך קען מען נישט באקומען בירושה פון עלטערן, דאס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליינס.


דא האסטו א תפילה וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר בחורים צו זאגן יעדן טאג; זאג עס יעדן טאג וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג בקרוב:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#126 - מ'טראגט מיר אן א שידוך, און זיי ווילן איך זאל לערנען אין כולל, וואס טו איך?
שידוכים, לימוד התורה, כולל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף איך זיך באדאנקען פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך. א גרויסן יישר כח.


לעצטנס האט מען מיר אנגעטראגן א שידוך, און די מיידל'ס משפחה פרעגט אויב איך גיי לערנען אין כולל נאך די חתונה פאר עטליכע יאר. איך שפיר אז איך בין נישט געמאכט פאר דעם, איך ארבעט שוין יעצט רוב טאג, און איך האב שיעורים צו לערנען עטליכע שעה אין טאג. איך מיין אז אויב וועל איך נישט זיצן א גאנצן טאג אין כולל, איך וועל נאר האבן שיעורי תורה צופרי און ביינאכט, וועט זי מיר נישט ארויפקוקן, ווייל איר האט מען אזוי מחנך געווען אז ס'איז נאר חשוב אויב מ'לערנט א גאנצן טאג.


וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען רעדט דיר א שידוך און די איינציגסטע פראבלעם איז יא כולל נישט כולל, זאלסטו זיך נישט אפהאלטן צו טון דעם שידוך.


נאך די חתונה וועסטו זיך קובע זיין צו לערנען און אויך וועסטו ברענגען פרנסה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ב): "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ שֶׁיְּגִיעַת שְׁנֵיהֶם מְשַׁכַּחַת עָוֹן", עס איז גוט מען זאל לערנען און ארבעטן, אזוי איז נישט דא קיין צייט צו טון נארישקייטן.


מען קען ארבעטן און אין די זעלבע צייט אויסנוצן די צייט, לערנען פלייסיג יעדע מינוט וואס מען האט, און מען קען זיצן אין כולל און בטל'ן די צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע אידישע ערליכע שטוב.

#125 - ווי לאנג וועל איך נאך דארפן ווארטן אויף מיין שידוך?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זאגן באמת א גרויסן יישר כח פאר אלע הערליכע דרשות, סיי פאר די בחורים און אויך פאר די מיידלעך, בפרט אין אמונה און תפילה, עס געבט צו א געוואלדיגע חיות אין מיין לעבן, און איך קען קוים ווארטן פאר נאך.


איך בין א מיידל פון 19 יאר, און איך ווארט און בעט יעדן טאג פאר מיין שידוך. איך זאג יעדן טאג די תפילות פון מציאת הזווג, און איך פרוביר זיך צו האלטן שטארק מיט אמונה, אבער אסאך מאל גייט עס נישט. למשל ווען איך דארף גיין צו א חבר'טעס חתונה.


רוב פון מיין קלאס זענען שוין כלות אדער שוין חתונה געהאט. ס'איז נאר דא נאך אפאר מיידלעך, אבער ס'וועט נישט נעמען לאנג פאר זיי צו חתונה האבן. מיין פראבלעם איז אז איך האב נאך עטליכע געשוויסטער העכער מיך און גארנישט רוקט זיך נישט בנוגע שידוכים חוץ די יארן. דערפאר איז מיר זייער שווער ווען איך דארף גיין צו א תנאים אדער א חתונה פון א חבר'טע.


איך ווייס נישט אויב איך מעג אזוי טראכטן, אבער איך פיל אסאך מאל ווי אפשר האט דער אייבערשטער פארגעסן פון מיר, און עס גייט אים נישט אן אז איך לייד. איך וויל אזוי שטארק קענען פארגינען א צווייטן אבער איך פיל אז ס'איז נישט מעגליך, איך קום אן צו א שמחה מיט א ריזיגע שמייכל און איך טאנץ מיט, אבער קיינער קען נישט חלומ'ען וויפיל ס'שטעכט מיר אינעווייניג, אזוי ווייט אז אסאך מאל מוז איך ארויסגיין אביסל צו קענען אטעמען.


ס'קען נישט ווייטער אזוי אנגיין, אבער איך ווייס נישט וואס צו טון. אפשר האט דער ראש ישיבה אן עצה פאר מיר?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (פסיקתא דרב כהנא, הובא ברש"י שמות יז, ח), אמאל איז געווען א מענטש וואס איז געגאנגען א ווייטע וועג מיט זיין קינד, דאס קינד האט נישט געהאט קיין כח מער צו גיין האט אים דער טאטע גענומען אויפ'ן אקסל, אזוי איז ער געגאנגען און געגאנגען מיט'ן קינד אויפ'ן פלייצע, אזוי גייענדיג זעט דאס קינד ווי איינער פארקויפט געשמאקע עסן, בעט ער זיין טאטע ער זאל אים געבן עסן און דער טאטע האט אים געגעבן עסן, גייענדיג ווייטער בעט ער זיין טאטע אז ער דארף טרינקען און דער טאטע האט אים געקויפט א טרינק, אזוי איז געווען מיט אלעס וואס דער קינד האט געזען, ער האט געבעטן זיין טאטע זאל אים דאס קויפן און דער טאטע האט אים אלעס געגעבן, גייענדיג ווייטער האט דאס קינד געזען איינעם גיין און האט יענעם געפרעגט: "האסט אפשר געזען מיין טאטע? איך ווייס נישט וואו מיין טאטע איז!" ווען דער טאטע האט דאס געהערט האט ער אראפגעווארפן דאס קינד פון זיין אקסל, איז געקומען א הונט און געביסן דאס קינד.


אזוי איז געווען ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים, דער אייבערשטער האט זיי ארויסגענומען פון מצרים, ער האט זיי געוויזן די גרויסע וואונדער, ער האט געשפאלטן דעם ים, זיי געגעבן צו עסן מן פון הימל, די ברונעם וואסער צו טרינקען און אזוי ווייטער, ביז די אידן האבן געפרעגט (שמות יז, ז): "הֲיֵשׁ יְהוָֹה בְּקִרְבֵּנוּ?" דער אייבערשטער איז דא מיט אונז? דער אייבערשטער האט פארגעסן פון אונז? גלייך האט פאסירט די פרשה מיט עמלק, וַיָּבֹא עֲמָלֵק און ער האט געביסן די אידן.


איר טראכט אז דער אייבערשטער האט פארגעסן פון אייך? חס ושלום, דער אייבערשטער האט נישט פארגעסן פון אייך, דער אייבערשטער פארגעסט נישט פון קיינעם, דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכער חשבון. ווער עס טרעפט שנעל זיין שידוך און ווער עס טרעפט נישט גלייך זיין שידוך - אלעס איז פונעם אייבערשטן אליינס, מיר דארפן זיך איבערגעבן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אַז עֶס אִיז גָאר בִּיטֶער אִיז מֶען זִיך אִינְגַאנְצְן מְבַטֵּל", האט רבי נתן געפרעגט: "ווי אזוי איז מען זיך מבטל?" האט דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט די מויל מיט די אויגן, דאס איז ביטול צום אייבערשטן"; דאס הייסט, ווען א מענטש פארמאכט די מויל - ער פרעגט נישט קיין קשיות, ער פארמאכט די אויגן - ער וויל גארנישט זען און פארשטיין, ער ווייסט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דעמאלט איז מען זוכה אז אלעס ווערט גוט, דער אייבערשטער העלפט דעם מענטש מיט די ישועה וואס ער דארף.


פארלירט זיך נישט, זייטס שטארק מיט אמונה פשוטה, וועט איר זען גרויסע ניסים.

#124 - אפזאגן א שידוך אויב די כלה וויל זיך נישט שערן די האר?
שידוכים, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף אלע שיעורים, דער אייבערשטער זאל אייך ווייטער געבן אסאך כוחות אנצוגיין אויף לאנגע געזונטע יארן צו מזכה זיין אידישע קינדער.


איך בין א בחור, באלד 30 יאר אלט, און די מסורה ביי אונז איז אז די פרויען שערן זיך אפ נאך די חתונה, אזוי האט מען זיך געפירט ביי אונז אין אלע דורות, און יעצט טראגט מען מיר אן א גוטע שידוך, אבער ביי זיי אין די קהלה (א חסידישע קהלה) איז דאס איז נישט איינגעפירט, און זיי זענען נישט מסכים זיך צו שערן.


מיינע עלטערן און אויך אנדערע טענה'ן אז מען טאר נישט מוותר זיין אויף אונזער מנהג וואס האט הייליגע מקורות, אל תטוש תורת אמך. פון די אנדערע זייט זאגן אבער אנדערע אז מען דארף יא פארקוקן און מוותר זיין אויף דעם, מיט א טענה אז חתונה האבן איז א מצוה עשה דאורייתא, און דאס קומט פריער.


איך ווארט אויף א שנעלע ענטפער גאר וויכטיג.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין שאלה איז א שווערע שאלה; פון איין זייט, איז א גרויסע סכנה אז א פרוי נאך די חתונה בלייבט מיט אירע אייגענע האר, דאס איז א סכנה פאר איר, פאר איר מאן און פאר די קינדער. דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען, 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה' און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז די סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. זאגט ווייטער דער זוהר: 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס". און פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


אבער וויסן זאלסטו אז פון די אנדערע זייט - צו זיין א בחור, איז נאך א גרעסערע סכנה. מען דארף חתונה האבן, מען דארף מקיים זיין די ערשטע מצוה אין די תורה פון פרו ורבו, און אז מען האט נישט חתונה, זאגט דער שלחן ערוך אינעם ערשטן סימן אין אבן העזר: "חַיָּב כָּל אָדָם לִשָּׂא אִשָּׁה כְּדֵי לִפְרוֹת וְלִרְבּוֹת", יעדער איד איז מחויב חתונה צו האבן און געבוירן קינדער, "וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ עוֹסֵק בִּפְרִיָּה וּרְבִיָּה כְּאִלּוּ שׁוֹפֵךְ דָּמִים, וּמְמַעֵט אֶת הַדְּמוּת, וְגוֹרֵם לַשְּׁכִינָה שֶׁתִּסְתַּלֵּק מִיִּשְׂרָאֵל", און דער וואס האט נישט חתונה איז אזוי ווי איינער וואס פארגיסט בלוט און איז גורם אז די שכינה זאל נישט רוען צווישן די אידן; בפרט אז דו שרייבסט אז דו ביסט שוין כמעט דרייסיג יאר - קענסטו נישט קוקן אויף גארנישט, דו דארפסט שוין וואס פריער חתונה האבן.


ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען געדענקען וואס חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדרגה און האב חתונה; מען דארף חתונה האבן ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן און נישט זיין קלויבעריש, אז מען קלויבט זיך און מען וועלט זיך בלייבט מען איינער אליין. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ב): "עס איז געווען א מלך וואס האט געבויט פאלאצן ביים ים וכו', דער מלך האט נישט געהאט קיין ווייב – זאגט דער רבי – ווייל ער האט זיך נישט געקענט אויסקלויבן; די וואס ער האט געוואלט האט אים נישט געוואלט און אזוי אויך פארקערט, די וואס האבן אים געוואלט האט ער נישט געוואלט"; דא איז דער רבי מרמז אז מען דארף זיך אכטונג געבן נישט צו זיין קלויבעריש, נאר אראפ גיין א שטאפל און חתונה האבן.


אז דו האסט א שידוך, א וואוילע ערליכע מיידל - זאלסטו גיין בשמחה טון די שידוך און וואס פריער חתונה האבן מיט איר, און מיט שיינעם וועסטו איר קענען געבן צו פארשטיין דאס שיינקייט און הייליגקייט פון זיך שניידן די האר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#123 - וואס טוט מען ווען ס'איז שווער צו טון די סגולות פאר א שידוך?
שידוכים, לימוד התורה, סגולות, תפלות אויף אידיש, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך קודם באדאנקען פאר די שיעורים, עס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


איך בין א בחור, און איך וויל זייער שטארק שוין חתונה האבן, איך האב פרובירט צו זאגן 40 טעג מסכת תענית, אבער ווען איך הויב אן צו זאגן, נאך א האלבע שעה ווער איך זייער אנגעשטרענגט, מיין קאפ און מיינע אויגן הויבן אן וויי צו טון, און איך קען נישט ווייטער זאגן.


און די זעלבע איז מיט'ן אויסזאגן גאנץ תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש, איז מיר זייער שווער צו זאגן אזוי לאנג אויף איין מאל.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן אנדערע סגולה וואס אויך איך זאל קענען טון אז איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך און חתונה האבן בקרוב מיט מיין ריכטיגע זיווג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, י"ב שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט זייער שטארק חתונה האבן זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל אזוי שטארק חתונה האבן, עס איז מיר זייער שווער צו זיין איינער אליין, העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין זיווג"; די תפילה זאלסטו זאגן אן א שיעור מאל פאר'ן אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב ממש.


זע צו לערנען וויפיל דו קענסט; דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "מעט גם כן טוב", אביסל איז אויך גוט; לערן אביסל חומש יעדן טאג, אביסל משניות יעדן טאג, אביסל גמרא און אזוי ווייטער. קוק נישט אויף אנדערע, זיי שטארק מיט דיין וועג, מיט דיין סדר; וועסטו זייער שיין מצליח זיין.


בנוגע וואס מוהרא"ש האט געגעבן א סגולה פאר בחורים צו לערנען פערציג טעג מסכת תענית, דאס איז פאר דער וואס קען; בחורים וואס קענען עברי, זיי האבן געזונטע אויגן וכו' וכו', זיי האט מוהרא"ש געמיינט זיי זאלן ענדיגן די מסכתא יעדן טעג פאר פערציג טעג. אבער אז איינער קען נישט אזוי גוט עברי, ער קען נישט לערנען אזויפיל, דער זאל לערנען אויף זיין וועג וויפיל ער קען לערנען.


אז עס איז דיר שווער צו זאגן א גאנצע מסכתא, די אויגן טוט דיר וויי און די עברי נעמט דיר לאנג וכו', זאלסטו לערנען אויף דיין וועג; זאלסט לערנען וויפיל דו קענסט, דאס וועט זיין דיין סגולה א חתן צו ווערן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות קי.): "אֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן אָדָם אֶת דַּעְתּוֹ לַשָּׁמַיִם", דער וואס טוט אסאך און דער וואס טוט ווייניג - זענען ביידע חשוב ביים אייבערשטן; ווייל דער אייבערשטער קוקט אויף די הארץ פונעם מענטש.


צעקלאפ זיך נישט אז דו קענסט נישט טון וואס אנדערע טוען; נעם אריין אין דיר וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן שה): "מען האט גאר ניט צו טאהן", אזוי ווי די הייליגע חז"ל זאגן (מנחות צט.): "תָּנָא דְבֵי רֶבִּי יִשְׁמָעֵאל, דִּבְרֵי תוֹרָה לֹא יְהוּ עָלֶיךָ חוֹבָה, וְאִי אַתָּה רַשַּׁאי לִפְטוֹר עַצְמְךָ מֵהֶם"; דאס איז א וויכטיגע כלל אין לעבן, מען זאל נישט נעמען קיין אנגעצויגנקייט פון קיין שום זאך אויף די וועלט, גארנישט מוז זיין אזוי און אזוי, ווייל זייער אסאך מאל ווען א מענטש באקומט פרעשור (דרוק) אז ער דארף לערנען אסאך דעמאלט לערנט ער גארנישט, אויב וואלט ער נישט גענומען קיין פרעשור נאר ער וואלט געלערנט אביסל, וואלט ער ביים סוף אנגעקומען צו לערנען גאר אסאך.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט טרעפן דיין שידוך און וואס שנעלער חתונה האבן.

#122 - ווי אזוי ארבעט די סגולה צו זאגן מסכת תענית צו ווערן א חתן?
שידוכים, הפצה, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אנגעהויבן צו טון די סגולה פון מוהרא"ש צו זאגן מסכת תענית כדי צו טרעפן מיין שידוך. איך וויל וויסן וויפיל טעג מ'דארף זאגן מסכת תענית, איז דא א בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן איבער דעם?


אויך האב איך געוואלט וויסן, אזוי ווי איך בין א פרישער מקורב, צי איך דארף אויך גיין הפצה?


איך פרוביר זיך שטארקן מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן, און איך בין לעצטנס נאכאמאל געפארן צום ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבנאל, און איך האב זיכער גע'פועל'ט אלעס גוטס.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, יעדן טאג פון די שובבי"ם טעג; אין דעם זכות וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך.


דא האסטו דעם בריוו (אשר בנחל-אידיש חלק ד, מכתב תכ) וואס מוהרא"ש האט געשיקט פאר די בחורים אנהויב שובבי"ם שנת תשע"ב:


"בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם א' לְסֵדֶר שְׁמוֹת, י"ג טֵבֵת ה'תשע"ב


שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל תַּלְמִידֵי הַיְשִׁיבָה הַקְדוֹשָׁה "תִּפְאֶרֶת הַתּוֹרָה" נֵרָם יָאִיר וְיִזְרַח.


הַיינְט הֵייבְּט זִיךְ אָן דִי פֶערְצִיג טֶעג פוּן שׁוֹבָבִי"ם, וָואס דָאס מֵיינְט דִי וָואכְן וָואס מֶען לֵיינְט שְׁ'מוֹת וָ'אֵרָא בֹּ'א בְּ'שַׁלַח יִ'תְרוֹ מִ'שְׁפָּטִים, זָאגְט דֶער אֲרִ"י הַקָדוֹשׁ דִי טֶעג זֶענֶען מְסוּגָל צוּ פַארְרֶעכְטְן אַלֶע פְּגָמֵי הַבְּרִית וָואס אַ מֶענְטְשׁ הָאט פּוֹגֵם גֶעוֶוען, דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק ב', סִימָן פ"ז) אַז דָאס אִיז גוֹרֵם פַאר אַ בָּחוּר עֶס זָאל אִים שְׁוֶוער אָנְקוּמֶען טְרֶעפְן זַיין בַּת זוּג, אוּן אוֹיךְ אַ אִינְגֶערְמַאן וֶועט אִים אָנְקוּמֶען שְׁוֶוער דִי שָׁלוֹם בַּיִת, אָבֶּער אוֹיבּ עֶר וֶועט תְּשׁוּבָה טוּן, וֶועט אִים אַלֶעס פַארְרָאכְטְן וֶוערְן.


עֶס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט אִין סְפָרִים הַקְדוֹשִׁים אַז דִי פֶערְצִיג טֶעג דַארְף מֶען פַאסְטְן, אָבֶּער עֶס אִיז בַּאוואוּסְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז אָנְגֶעזָאגְט נִישְׁט צוּ פַאסְטְן אוּן מֶען זָאל נִישְׁט נֶעמֶען פַאר זִיךְ אַלֵיין תַּעֲנֵיתִים, עֶס אִיז עֶנְק אַלֶע בַּאוואוּסְט וֶוען אִיך בִּין גֶעוֶוען בַּיי עֶנְק אִין דִי יְשִׁיבָה חֲמִשָׁה עָשָׂר בְּאָב, וָואס אִיז פֶערְצִיג טֶעג פַאר רֹאשׁ הַשָׁנָה, הָאבּ אִיךְ גֶעזָאגְט אַז דִי אַלֶע וָואס זֵיי וֶועלְן עֶנְדִיגְן יֶעדְן טָאג מַסֶכֶת תַּעֲנִית, וֶועלְן טְרֶעפְן אַ גוּטְן שִׁידוּךְ, אוּן עֶס אִיז גֶעוֶוען קְלוּגֶע בָּחוּרִים וָואס הָאבְּן אָנְגֶענוּמֶען מַיינֶע וֶוערְטֶער אוּן זֵיי הָאבְּן גֶעלֶערְנְט מַמָשׁ מִיט מְסִירוּת נֶפֶשׁ יֶעדְן טָאג מַסֶכֶת תַּעֲנִית, אֲפִילוּ עֶס אִיז זֵיי אָנְגֶעקוּמֶען זֵייעֶר זֵייעֶר שְׁוֶוער, אוּן עֶס אִיז גֶעוֶוען שְׁוֶוערֶע צַייטְן וְכוּ', וִוי פַארְפְלֵייצוּנְגֶען וְכוּ', אוּן עֶס אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין עֶלֶעקְטֶערִיק וְכוּ', אוּן מֶען הָאט גֶעדַארְפְט לֶערְנֶען מִיט לֶעכְט וְכוּ', הָאט זֵיי דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים גֶעהָאלְפְן, אוּן זֵיי הָאבְּן גֶעטְרָאפְן יֶעדֶער אֵיינֶער אַ גוּטְן שִׁידוּךְ, אוּן דִי וָואס זֵיי הָאבְּן נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן וְכוּ', קֶען זַיין אַז זֵייעֶר אֱמוּנָה אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען אַזוֹי שְׁטַארְק, אִיבֶּערְדֶעם בִּין אִיך מַצִיעַ כַאפְּט אַרַיין כָאטְשֶׁע דִי פֶערְצִיג טֶעג פוּן הַיינְט אָן לֶערְנֶען יֶעדְן טָאג מַסֶכֶת תַּעֲנִית, אַנְשְׁטָאט צוּ פַאסְטְן, וֶועט עֶטְץ זֶען וואוּנְדֶער אִיבֶּער וואוּנְדֶער דָאס אַלֶע וֶועלְן אִם יִרְצֶה הַשֵׁם טוּן גוּטֶע שִׁידוּכִים, נָאר זִיךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ זַיין".


בנוגע הפצה וכו'; יעדער איינער דארף עוסק זיין אין הפצה, נישט קיין חילוק פרישע מקורבים אדער אלטע מקורבים, אזוי האט אונז דער רבי געהייסן דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן און רבי נתן. רבי נתן איידער ער איז נסתלק געווארן האט ער געזאגט: "עֶזְרָא הַסּוֹפֵר גֵייט אַוֶועק פוּן דֶער וֶועלְט, אוּן טְרֵיף פָּסוּל אִיז זִיךְ מִתְגַּבֵּר, אַזוֹי פִיל וִוי סְ'אִיז הַיינְט דָא אֲלָפִים וּרְבָבוֹת טְרֵיף פָּסוּל; נָאר אֵיין בְּלֶעטְל פוּן רֶבִּינְ'ס סְפָרִים וֶועט זַיין אַ תִּיקוּן אוֹיף אַלְסְדִינְג", און ער האט אויסגעפירט: "אִיךְ זָאג אַייךְ אָן אַז אַייעֶר עוּבְדָא זָאל זַיין אִיר זָאלְט דְרוּקְן דִּי סְפָרִים, עֶס זָאל זַיין 'יָפוּצוּ מַעְיְנֹתֶיךָ חוּצָה'; אִיר זָאלְט זַיין שְׁטַארְק מִיט 'גֶעלְט' מִיט 'רָצוֹן' אוּן מִיט 'טִרְחָא.


יעדער איינער דארף טראכטן: 'ווי אזוי קען איך העלפן אריין ברענגען די לימודים פון רבי'ן אין די וועלט'; מען דארף זיין שטארק מיט 'געלט', מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'; איינער קען ברענגען געלט צו דרוקן - זאל ער ברענגען געלט, איינער קען דרוקן - זאל ער דרוקן, איינער קען גיין ביי די הייזער מיט די ספרים וכו' זאל ער דאס טון; יעדער איינער דארף עוסק זיין אין דעם, נעמען א חלק אין מגלה זיין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט.


אז דו ביסט געווען אין יבניאל ביי מוהרא"ש'ס ציון און אויסגעזאגט תהילים וועסטו זיכער בקרוב טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - איך האב זיך שוין גע'גט, ווי אזוי טרעפט מען א גוטע שידוך?
שידוכים, יבנאל, שלום בית, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז דורכגעגאנגען אסאך שוועריקייטן אין לעבן, איך האב חתונה געהאט מיט א מאן וואס האט מיר צוביסלעך אפגעטיילט פון יעדן איינעם, פון מיינע עלטערן, פון מיינע געשוויסטער, און פון מיינע חבר'טעס, ביז איך האב געמוזט זיין אנגעהאנגען נאר אין אים, און דאן האט מיר אנגעהויבן זייער צו פייניגן און רודפ'ן, מיר נישט געלאזט קויפן קיין קליידער און קיין שום זאך, און פיל מאל בכלל נישט געלאזט ארויסגיין פון הויז.


איינמאל האט ער גערופן די פאליציי אויף מיר אז איך וויל זיך נעמען דאס לעבן, די פאליציי האט גערעדט מיט מיר און געזען אז איך בין אין ארדענונג, און זיי האבן מיר געזאגט אז זיי זענען געקומען מיר ארעסטירן, נאר זיי האבן געזען אז אלעס איז אקעי, און האבן מיר אפגעלאזט. דאס איז נאר איינע פון די פילע דוגמאות וויפיל איך האב געליטן פון אים.


למעשה האב איך זיך געמוטשעט זייער שטארק, איך האב אייך דעמאלט געשיקט א בריוו צו בעטן חיזוק, איר האט מיר מחזק געווען און געזאגט איך זאל אייך מבשר זיין גוטע בשורות פון מיין מאן און קינדער, למעשה האבן מיר נישט געהאט קיין קינדער, און יענעם טאג וואס איך האב צוריק באקומען אייער ענטפער איז מיין מאן אנטלאפן פון שטוב, און זעט אויס אז דאס איז געווען די גוטע בשורה, איך האב זיך זייער געמוטשעט פאר א לאנגע צייט ביז ער האט מסכים געווען מיר צו שיקן א גט.


זייט מיר האבן זיך גע'גט, האב איך אנגעהויבן צו ווערן צוריק א פרייליכער מענטש, איך האב ממש נישט געהאט קיין טעם אין מיין לעבן מיט אים, ער האט מיר ארויסגענומען די גאנצע סיפוק אין לעבן. יעצט האב איך געזען אז איך קען זיך ב"ה נאך בעסער אן עצה געבן ווי מיט אים, איך האב אנגעהויבן צו ארבעטן צו האבן אויף צום לעבן, איך קען זיך נישט אנלייגן אויף מיינע עלטערן.


איך וויל זייער טרעפן א גוטע וואוילע און ערליכע שידוך, און צוריק אנהויבן א נארמאלע לעבן, איך דארף חיזוק זיך צו קענען דערהאלטן אין לעבן, און איך דארף תפלות צו טרעפן ווי שנעלער מיין ריכטיגער שידוך.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אז איר זענט פטור געווארן פון דעם מסוכן'דיגער מענטש וואס האט אייך געפייניגט מיט שרעקליכע פייניגונגען; א נס אז ער האט אייך געגעבן א גט, יעצט קענט איר זיך ערהוילן, זיך שטארקן און זיין גרייט צו טרעפן אייער זיווג און אויפבויען א בית נאמן בישראל.


די גרעסטע חיזוק פאר אייך, איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן אז ער היט אייך פון שלעכטס, איר זענט פטור געווארן פון דעם אדם מסוכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות קיב:): "אֵין אָדָם דָּר עִם נָחָשׁ בִּכְפִיפָה אַחַת", א מענטש קען נישט וואוינען מיט א שלאנג אין איין לאך; דאס איז א משל פאר מאן און ווייב, אויב איינער איז א שלאנג, ער פייניגט דעם צווייטן רחמנא לצלן קען מען נישט זיין אינאיינעם אין איין שטוב; זעט איר דאך קלאר די חסדים פונעם אייבערשטן, ער האט אייך געראטעוועט פון ערגערע צרות.


כאפט אייך אריבער קיין יבנאל צום הייליגן ציון פון מוהרא"ש, איר זאלט דארט אויסזאגן גאנץ ספר תהלים; איידער איר הייבט אן תהילים זאלט איר זאגן: "איך גיי יעצט זאגן ספר תהילים לזכות מוהרא"ש וואס האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט אויסזאגן תהילים פאר זיין זכות וועט ער נישט רוען ביז ער וועט אים ברענגען זיין שידוך".


מוהרא"ש האט צוגעזאגט און אונז געלאזט צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס.

#120 - זאל איך ווייטער ממשיך זיין מיט שדכנות?
שידוכים, שדכנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער די גרויסקייט פון זיין א שדכן, האב איך געוואלט פרעגן א זאך וואס שטערט מיך שוין זייער לאנג.


איך בין א שדכן שוין פאר יארן לאנג, איינס פון די שידוכים וואס איך האב אויסגעפירט האט זיך זייער נישט גוט אויסגעלאזט, מ'האט זיך צעקריגט און אפאר קינדער זענען נעבעך חרוב געווארן ל"ע, און איך האב באקומען זייער א שטארקע שולד געפיל דערפון אז אפשר האב איך זיך נישט גענוג גוט נאכגעפרעגט פאר'ן שידוך, און אז ס'איז ארויסגעקומען דורך מיר אזא זאך, ווען איך טרעף איינעם פון די מחותנים דריי איך זיך אוועק און ס'קאסט מיר ממש דאס געזונט, און דאס מאכט מיר זיך צוריק צו האלטן אסאך מאל פון אנטראגן א שידוך.


וואס איז די ריכטיגע וועג דאס צו באהאנדלען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע מצוה פון מאכן שידוכים, כמותך ירבו ישראל; ווייל עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי מאכן שידוכים. בפרט מיר תלמידי היכל הקודש דארפן עוסק זיין אין די מצוה, אזוי ווי מיר האבן געלערנט ביי אונזער גרויסע רבי מוהרא"ש וואס האט מפקיר געווען זיין גאנץ לעבן פאר בחורים און מיידלעך, זיי צו חתונה מאכן. אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (אות יז): "בָּרוּךְ ה' אִיךְ הָאבּ אַ חֵלֶק אִין אִיבֶּער צְוֵויי טוֹיזְנְט קָאפְּלְס וָואס אִיךְ הָאבּ זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ זַיין דֶער גוּטֶער שָׁלִיחַ אוּן זֵיי חֲתוּנָה מַאכְן, אוּן וִוי לַאנְג אִיךְ לֶעבּ בֶּעט אִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַז אִיךְ זָאל קֶענֶען זַיין דֶער גוּטֶער שָׁלִיחַ אוּן מַאכְן נָאךְ שִׁידוּכִים פַאר בָּחוּרִים אוּן מֵיידְלֶעךְ אוּן מִיט דֶעם זֵיי רַאטֶעוֶוען פוּן עֲבֵירוֹת.


אוּן אִיךְ בִּין מְגַלֶה דַעַת אַז וֶוען אִיךְ וֶועל אַוֶועק גֵיין פוּן דֶער וֶועלְט, יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ תְּהִלִים אוֹיף אֵיין מָאל אָן אַ הֶפְסֵק, וֶועל אִיךְ זַיין פַאר זֵיי אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ פוּן הִימְל, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם צוּזָאג.


מִיט דֶעם עֶנְדִיג אִיךְ מַיין צַוָואָה פַאר מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים אוּן אִיר קֶענְט דָאס פַארְשְׁפְּרֵייטְן פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם.


דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער זָאל הֶעלְפְן אַז עֶס זָאל שׁוֹין זַיין יִתְגַּדֵּל וְיִתְקַדֵּשׁ שְׁמֵיהּ רַבָּא, דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס נָאמֶען זָאל גֶעהֵיילִיגְט וֶוערְן אוֹיף דֶער וֶועלְט, סֵיי בַּיי מַיין לֶעבְּן אוּן סֵיי נָאכְדֶעם וָואס אִיךְ וֶועל אַוֶועק גֵיין פוּן דִי וֶועלְט, אָמֵן וְאָמֵן".


דער יצר הרע האט נישט ליב עס זאל ווערן שידוכים, אים איז בעסער ווי ווייניגער שידוכים עס ווערט; ער ווייסט אז ווען א בחור און א מיידל האבן חתונה האט ער שוין נישט קיין שליטה אויף זיי, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג:): "כֵּיוָן שֶׁנָּשָׂא אָדָם אִשָּׁה עֲוֹנוֹתָיו מִתְפַּקְּקִין", ווען מען האט חתונה ווערט מען ערליך, מען לאזט אפ די עבירות; דעריבער מאכט ער פעולות אפצוהאלטן שידוכים.


דאס איז די זאך וואס עס איז לעצטנס געווארן א נייע גזירה ביי די מיידלעך אז מען דארף בלייבן אין סקול פאר צוועלפטע קלאס; מען רעדט איין די עלטערן אז מען דארף בלייבן נאך א יאר אין סקול ווייל מען לייגט אריין אין די מיידלעך זייער וויכטיגע לימודים, ווען באמת איז דאס א שפיל פונעם שטן אפצוהאלטן שידוכים פון אידישע קינדער; אז די מיידלעך זאלן זיך מער אריין טון מיט חבר'טעס און נישט אנהויבן לעבן די תורה לעבן, עד כדי כך אז עס איז דא שולעס וואס לאזן נישט צוריק קומען אין סקול אויב מען ווערט א כלה.


אזוי אויך מאכט מען היינט מיט בחורים; מען רעדט איין עלטערן מען זאל נישט א שידוך טון אינמיטן זמן ווייל מען קען נישט שטייגן, מען מאכט חוזק פון די בחורים וואס זענען זוכה חתונה צו האבן יונג; מיט דעם גייט מען אנטקעגן די תורה, אנטקעגן די הייליגע חכמים וואס האבן געהייסן חתונה האבן וואס יונגער און וואס פריער ניצול ווערן פון עבירות. דאס אלעס איז מעשה שטן צוריק צו האלטן שידוכים אז די טייערע חשוב'ע בחורים זאלן נכשל ווערן אין פגם הברית רחמנא לצלן.


דאס וואס דו האסט חלישות הדעת - דאס איז אויך זיין ארבעט, ער וויל אז דו זאלסט נישט עוסק זיין ווייטער אין די הייליגע מצוה; פרעג איך דיר: "פארוואס זאלסטו קוקן אויף די איינצעלנע וואס האבן זיך ג'גט?" קוק אויף די אלע אנדערע וואס האבן חתונה געהאט און לעבן שיין! אז דו האסט געקענט זיין דער גוטער שליח ביז אהער זאלסטו ווייטער זיין דער גוטער שליח, "לֵךְ בְּכֹחֲךָ זֶה וְהוֹשַׁעְתָּ אֶת יִשְׂרָאֵל (שופטים ו, יד)", גיי אן מיט דיין הייליגע ארבעט צו העלפן אידישע קינדער.


געלויבט דעם אייבערשטן וואס האט מיר געגעבן די זכות אז איך האב שוין זוכה געווען צו זיין דער שליח צו מאכן צענדליגער שידוכים, ביי מיר איז אויך דא איינצעלנע וואס האבן זיך לא עלינו גע'גט, מיט דעם אלעם בעט איך ווייטער דעם אייבערשטן ער זאל מיר געבען די זכות צו זיין א גוטער שליח פאר בחורים און מיידלעך, זיי העלפן חתונה האבן און אויפשטעלן ערליכע אידישע שטובער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#119 - איך וויל זיין גוט, אבער איך האלט אין איין פאלן
שידוכים, תשובה, עבירות, שמירת עינים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די שיינע דרשות און חיזוק, איך בין זיך מחיה מיט דעם.


איך בין א יונגער בחור, און איך גיי אסאך מאל אין פארק, און דארט טרעף איך זיך מיט גוים און איך טו עבירות מיט זיי. פאר איך גיי אהין, און ווען איך קום צוריק, און אזוי אויך בשעת מעשה, וויל איך עס באמת נישט טון, אבער פון דעסט וועגן טו איך עס נאכאמאל און נאכאמאל, ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון דעם?


איך בין מעביר סדרה יעדן טאג, איך זאג משניות וויפיל איך קען אנקומען צווישן די סדרים אין מיין ישיבה, אבער פון דעסט וועגן האלט איך איין פאלן. דאס איז אויסער דעם וואס יעדעס מאל איך גיי אויפ'ן גאס מוז איך קוקן אויף יעדע פרוי, און איך ווער ממש משוגע.


יעדעס מאל באזונדער טו איך נאכאמאל תשובה, איך זאג נאכאמאל צו פאר'ן אייבערשטן אז איך גיי עס מער נישט טון, אבער איך פאל ווייטער דורך.


איך בעט זייער דעם ראש ישיבה שליט"א זאל מיר געבן אן עצה וואס וועט מיר טאקע העלפן, ווייל איך קען נישט מער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט האבן צו טון מיט גוים און זיכער נישט שפילן מיט זיי; ווען דו זאלסט וויסן ווי שטארק א גוי האט פיינט א איד וואלסטו נישט גערעדט מיט זיי און געהאט צו טון מיט זיי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי בהעלותך, סט) רבי שמעון בן יוחאי זאגט: "הֲלָכָה הִיא, בְּיָדוּעַ שֶׁעֵשָׂו שׂוֹנֵא לְיַעֲקֹב", עס איז א קלארע הלכה אז עשו האט פיינט יעקב; מוהרא"ש ברענגט אויף דעם אז אויף די הלכה קריגט קיינער נישט, יעדער האלט אזוי ווי רבי שמעון.


בעט איך דיר זייער זאלסט מער נישט גיין צו קיין שום פארק וואו גוים שפילן זיך וכו'; געב אכטונג פון זיי און האב נישט מיט זיי צו טון, ווייל זיי קענען דיר שלאגן און דיר מזיק זיין השם ישמרינו, אזוי ווי מען הערט כסדר אין די נייעס ווי גוים שלאגן און הרג'נען אידן השם ישמרינו.


אויף דיין פראגע: "וואס טוט מען מיט שמירת עיניים וכו'?" בעט דעם אייבערשטן פאר דו גייסט ארויס פון שטוב; שטעל זיך ביי די מזוזה, לייג דיין האנט אויף די מזוזה און בעט א קליינע תפילה: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן, איך זאל בלייבן מיט ריינע אויגן", און ווען עס קומט דיר אונטער א נסיון זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער היט מיר איך זאל נישט קוקן אויף קיין פרעמדע פרויען, העלף מיר איך זאל האבן ריינע אויגן; העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד".


אז דו וועסט זיך היטן דיינע אויגן וועסטו זוכה זיין צו טרעפן א שיינע כלה און דו וועסט האבן א גוט לעבן; אויב מען היט די אויגן האט מען גוט חתונה און מען האט ליב צו זיין אין שטוב נאך די חתונה, ווידעראום אויב מען היט נישט די אויגן האט מען נישט קיין לעבן; די לעבן ווערט נמאס, מען שפירט נישט קיין טעם אין גארנישט.


זיי ממשיך מיט מעביר סדרה זיין און מיט זאגן משניות; אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג גמרא, ווייל גמרא היט דעם מענטש פון אלע קליפות און רוחות רעות.


איך האף אז דו וועסט פאלגן אלעס וואס שטייט אינעם בריוו, וועסטו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#118 - ווי אזוי קען איך זיך אפגעוואוינען פון גיין שלאפן שפעט?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, שלאפן, תפלות אויף אידיש, לערערין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א לערערין פאר קלענערע מיידלעך, און בזכות אייערע שיעורים, ובפרט די געוואלדיגע חינוך שיעורים, האב א געוואלדיגע הצלחה אין מיין עבודת הקודש, און איך פרובירט אריינצולייגן אין די קינדער ליבשאפט צום אייבערשטן, ליבשאפט צו אידישע קינדער, יראת שמים, און בעיקר תפלה והתבודדות. איך שעפ נחת צו זען ווען איך מאך א גורל, ווי אלע קינדער בעטן דעם אייבערשטן אז זיי זאלן געווינען. די קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך.


איך האב איין פראבלעם אז ביינאכט גיי איך שלאפן זייער שפעט, איך האב אסאך זאכן צוצוגרייטן פאר די קומענדיגע טאג אין שולע, און אויך מאך איך התבודדות א שעה צייט יעדע נאכט, און עס קומט אויס אז איך גיי שלאפן זייער שפעט, און איך שלאפ דאס מערסטע 5 ביז 6 שעה א נאכט, וואס אטאמאטיש איז כמעט נישט מעגליך צו האבן דעם פולסטן הרחבת הדעת דעם קומענדיגן טאג.


וויפיל איך בעט דעם אייבערשטן אז איך זאל גיין שלאפן פרי, איז מיר עס נאך נישט געלונגען. און נאכ'ן הערן אויף די ווארעמע חינוך-שמועסן אז מלמדים דארפן גיין שלאפן פרי, מאך איך שטעדיג אפ ביי מיר דאס צו טון, אבער אן ערפאלג. איך בעט כסדר פאר'ן שלאפן גיין אז דער הנותן ליעף כח זאל מיר געבן כוחות למעלה מדרך הטבע און כ'זע ווי דאס העלפט מיר דורכשטופן דעם טאג בחסדי ה', אבער ביי מיר ווייס איך דאך קלאר, אז איך טו נישט ריכטיג. דערפאר וויל איך בעטן אויב ס'איז נאך דא א וועג איך זאל מיך אפגעוואוינען פון דעם שלעכטן געוואוינהייט.


אגב, זייט איך האב געזען צווישן די בריוו ווי איר ברענגט אראפ פאר א בחור א הארציגע תפילה פון מוהרא"ש למציאות הזיווג, האב איך דאס ארויסגעדרוקט, און איך זאג עס אויך. מיין שאלה איז אויב איז דא א באזונדערע תפילה פאר מיידלעך אדער קומט עס אויס אויפ'ן זעלבן?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


 ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א לערערין פאר מיידלעך, זיי מחנך זיין אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידישע מאמעס; בפרט קליינע קינדער וואס דעמאלט זענען זיי נאך זייער תמימות'דיג, זיי נעמען אן און שלינגען יעדעס ווארט וואס זיי הערן.


איר דארפט זיך זייער פרייען אז איר האט אזא הייליגע ארבעט, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די הימל; ער האט אן א שיעור זכותים, אזוי סאך וויפיל שטערנס עס איז דא אין די גאנצע וועלט.


א לערערין דארף גוט עסן און גוט שלאפן אזוי ווי די הלכה איז (יורה דעה סימן רמה, סעיף טז): "וְאֵין לַמְלַמֵּד לִנְעוֹר בַּלַּיְלָה יוֹתֵר מִדַּאי שֶׁלֹא יִּהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמֹד, וְכֵן לֹא יִתְעַנֶּה", א מלמד טאר נישט אויף זיין שפעט ביינאכט כדי ער זאל נישט זיין מיד און דאס זעלבע איז מיט א לערערין; אויב מען איז מיד, מען איז נישט געשלאפן געהעריג, ווערט מען שנעלער אויפגערעגט חס ושלום, מען קען צוקומען צו וויי טון די קינדער וכו'; דאס זעלבע איז מיט עסן, אויב מען עסט נישט געהעריג, מען איז הונגעריג, קען מען חס ושלום ווערן אנגעצויגן אויף די קינדער. דארפט איר זייער אכטונג געבן צו גיין שלאפן פרי כדי איר זאלט זיין גוט אויסגערוט, אזוי וועט דער גאנצער טאג אייך גיין גרינגער.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל טרעפן מיין זיווג שנעל און גרינג, העלף מיר איך זאל באקומען א מאן א צדיק, א מאן וואס וועט לעבן מיט דיר און מיט די תורה; הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל חתונה האבן מיט אן ערליכער בחור וואס לעבט מיט א צדיק און גייט אין די וועגן פון א צדיק, און אויב עס איז מיר אנגעשריבן חס ושלום א מאן אן עשיו בעט איך דיר אייבערשטער זאלסט מיר טוישן מיין שידוך און מיר געבן א יעקב אבינו.


הייליגע באשעפער איך ווייס און איך גלייב אז תפילה קען טוישן א שידוך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ט): "עַל יְדֵי תְּפִלָה יָכוֹל לְשַׁנּוֹת זִוּוּגוֹ הַנִכְרָז בַּשָׁמַיִם", מיט תפילה קען מען איבערדרייען א שידוך; בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל באקומען א וואוילער מאן וואס וועט מיר מחזק זיין, מיר פרייליך מאכן און מיר וועלן אויפשטעלן אינאיינעם א שיינע שטוב".


אינעם זכות וואס איר וועט לערנען מיט די קינדער, איר וועט נישט מאכן קיין חילוק צווישן די קינדער וואס זענען ארעם אדער רייך, איר וועט נישט מאכן קיין צווישנשייד צווישן די קינדער וואס גייען אנגעטון טייער אדער ביליג, בזכות וואס איר וועט אכטונג געבן אויף די געפילן פון די קינדער וועט דער אייבערשטער אננעמען אייערע תפילות, אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צוזאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" האט אנגעפאנגען רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הייבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אויב א מלמד, א טיטשער, געבן אכטונג אויף דעם אייבערשטנ'ס קינדער, האט מען א כח אין הימל און מען נעמט אן אלע תפילות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#117 - כ'בין א בחור מיט נסיונות, ווען וועל איך שוין חתונה האבן?
שידוכים, נסיונות, סמארטפאון, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים, חיזוק, און עצות, וואס העלפט מיר כסדר אין מיין לעבן. איך האלט שוין ב"ה ביים אכטן מאל משניות, און דעם פארגאנגענעם שמחת תורה האב זוכה געווען צו מסיים זיין חמשה חומשי תורה צום ערשטן מאל אין לעבן. אן די חיזוק פונ'ם ראש ישיבה שליט"א און פון מוהרא"ש, ווייס איך נישט ווי אזוי איך וואלט היינט אויסגעזען.


איך בין 21 יאר אלט, און איך לערן אין א ישיבה פאר עלטערע בחורים אין א"י, אסאך בחורים האבן דארט סמארטפאונס אן א פילטער, און איך האב כסדר א שטארקע נסיון אויך זיך צו קויפן א סמארטפאן, ווי אזוי שטארקט מען זיך דערויף?


אויך בין זייער צעבראכן אז איך האב נאכנישט געטראפן מיין שידוך, איך בין כסדר מתפלל אויף דעם, איך זאג יעדן טאג די קרבנות הנשיאים מיט די תפלות פון מוהרא"ש, אבער אין די לעצטע צוויי יאר האט מען מיר נישט אנגעטראגן מער פון דריי פיר שידוכים, אנדערש ווי ביי מיינע עלטערע ברידער ווען שדכנים האבן נישט אויפגעהערט צו רופן.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר ווי אזוי איך קען מאכן אז מיין שידוך זאל שוין אנקומען ווי שנעלער?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, ז' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיין הארץ גייט מיר אויס פאר דיר, איך האלט נישט אויס דיין ווייטאג; די ווייטאג פון בחורים וואס ווארטן אויף זייער שידוך איז אין לשער, עס איז נישט דא אזא ווייטאג ווי די ווייטאג פון בחורים וואס ווארטן און האפן יעדן טאג יעדע מינוט מען זאל זיי אנטראגן א שידוך; זיי ווילן לעבן א הייליגע לעבן, זיין הייליג בקדושת היסוד און עס גייט זיי נישט, זיי פאלן אראפ אן א שיעור.


דאך בעט איך דיר מיין טייערער ברודער, האב נישט קיין קשיות און תערומות אויפ'ן אייבערשטן אז דו האסט נאך נישט דיין שידוך; זאלסט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן ווייל נאר דער אייבערשטער איז דער וואס מאכט שידוכים. די גאנצע זאך פון שידוכים איז א פארבארגענע זאך, עס איז פארהוילן פון אלעמען, מען ווייסט נישט ווען, מיט וועם וכו' וכו', דאס ליגט נאר אין דעם אייבערשטנ'ס הענט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז א שידוך האט נאר מיט'ן באשעפער.


איך בעט דיר זייער, האלט זיך שטארק; נעם נישט קיין סמארטפאון וכדומה לזה, גיי נישט נאך די חברים וואס האבן סמארטפאונס וכדומה לזה. אין דעם זכות וואס דו וועסט היטן דיינע אויגן, דו וועסט נישט קוקן קיין עבירות וועסטו טרעפן דיין שידוך. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פז): ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, און אפילו ווען מען האט שוין א שידוך, מען איז שוין חתונה געהאט, אויב מען זינדיגט אין פגם הברית פארלירט מען די שידוך, מען הייבט זיך אן קריגן און מען האט נישט קיין שלום בית, ווידער אז מען טוט תשובה, מען פאררעכט וואס מען האט פוגם געווען, דעמאלט טרעפט מען די שידוך און מען לעבט א גוט לעבן.


אז דו וועסט זיין שטארק נישט צו האבן קיין שום כלי וואס מען קען זען אויף דעם עקלדיגע בילדער פון עבירות וועסטו זוכה זיין צו חתונה האבן און האבן ערליכע דורות, די שכינה וועט רוען ביי דיר אין שטוב.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#116 - זאל איך ווייטער אנגיין מיט שדכנות?
שידוכים, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה געהאט נישט לאנג צוריק, און איך האב נישט געהאט קיין פרנסה, האב איך פרובירט צו זיין א שדכן. איך האב אנגעטראגן צוויי שידוכים וואס ביידע זענען ב"ה געווארן, אבער ביי איין שידוך האבן ביידע צדדים בכלל נישט באצאלט, און ביים צווייטן שידוך האט נאר איין זייט געצאלט פינף הונדערט דאלער, און געזאגט אז ווען ער וועט האבן וועט ער געבן מער.


איך האב זייער שטארקע עגמת נפש דערפון ווייל איך האב זייער שווער געארבעט פאר ביידע שידוכים און איך ווייס נישט צי איך זאל ווייטער ממשיך זיין אזוי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט, צו זיין א שדכן; דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן פד) אז ער האט געפרעגט אין הימל וואס וועט זיין זיין פרנסה? האט מען אים געענטפערט: "דו וועסט זיין א שדכן"; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "פארוואס האט דאס דער רבי אונז דערציילט? ווייל דער רבי וויל אז מיר זאלן אים נאכמאכן מיט אלע זיינע זאכן; מיר זאלן נאר עוסק זיין אין אויפשטעלן אידישע שטובער פאר'ן אייבערשטן".


מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין מאכן שידוכים; מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (אות יז): "בָּרוּךְ ה' אִיךְ הָאבּ אַ חֵלֶק אִין אִיבֶּער צְוֵויי טוֹיזְנְט קָאפְּלְס וָואס אִיךְ הָאבּ זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ זַיין דֶער גוּטֶער שָׁלִיחַ אוּן זֵיי חֲתוּנָה מַאכְן, אוּן וִוי לַאנְג אִיךְ לֶעבּ בֶּעט אִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַז אִיךְ זָאל קֶענֶען זַיין דֶער גוּטֶער שָׁלִיחַ אוּן מַאכְן נָאךְ שִׁידוּכִים פַאר בָּחוּרִים אוּן מֵיידְלֶעךְ אוּן מִיט דֶעם זֵיי רַאטֶעוֶוען פוּן עֲבֵירוֹת"; מיר דארפן נאכגיין די וועגן פון מוהרא"ש צו טון פאר בחורים און מיידלעך, מאכן שידוכים.


אז דו וועסט מאכן שידוכים פאר'ן אייבערשטנס וועגן, דו וועסט נישט אינזין האבן געלט - וועסטו מצליח זיין, אבער אז דו וועסט אינזין האבן געלט וכו' וועסטו האבן חלישות הדעת ביז דו וועסט דאס אפלאזן. מוהרא"ש שרייבט מיר אין א בריוו ביים עפענען די מיידל סקול "בית פיגא", אז עס איז מקובל פון צדיקים, ווען מען טוט א זאך מיט'ן כוונה פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, דעמאלט איז מען מצליח, אבער אויב מען האט אינזין כבוד אדער געלט האט דאס נישט קיין קיום, דא האסטו דעם לשון פונעם בריוו (אשר בנחל באידיש, מכתב שסח):


"עֶס אִיז בַּאוואוּסְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער סַאטְמַאר רָב זי"ע, בַּעַל "דִבְרֵי יוֹאֵל", הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן זַיין מֵיידְל שׁוּלֶע "בֵּית רָחֵל" מִיט צְוֵויי תַּלְמִידוֹת, אוּן עֶס אִיז צוּאוַואקְסְן גֶעוָוארְן אַ גַאנְצֶע אִימְפֶּערִיֶע, קָרוֹב צוּ צֶען טוֹיזְנְט מֵיידְלֶעךְ כֵּן יִרְבּוּ, דָאס אִיז מְקוּבָּל פוּן צַדִיקִים אַז יֶעדֶע זַאךְ וָואס מֶען טוּט מִיט מְסִירוּת נֶפֶשׁ אוּן מִיט אֱמֶת, הָאט הַצְלָחָה, אָבֶּער אוֹיבּ אֵיינֶער הָאט אִינְזִינֶען זִיךְ וְכוּ', יֵשׁוּת וְכוּ', פִּרְסוּם וְכוּ', אִיז צוּם סוֹף פַאלְט דָאס אַוֶועק אוּן סְ'וֶוערְט בָּטוּל וּמְבוּטָל כְּעַפְרָא דְאַרְעָא, אִיבֶּערְדֶעם וַוייל קַיין שׁוּם מוֹסָד וִויל נִישְׁט אַרַיינְנֶעמֶען אוּנְזֶערֶע טֶעכְטֶער, וַוייל זֵייעֶרֶע זִין לֶערְנֶען אִין אוּנְזֶער תַּלְמוּד תּוֹרָה, זֶע אִיךְ נִישְׁט קַיין אַנְדֶערֶע עֵצָה, נָאר אוֹיפְמַאכְן אַ מֵיידְל שׁוּלֶע, מֶען דַארְף אָנְהֵייבְּן מִיט קְלֵיינֶעם, נִישְׁט מִיט קַיין גְרוֹיסְן סְטֶעף, וֶועט מֶען הָאבְּן גְרוֹיס הַצְלָחָה.


אִיךְ בֶּעט דִיךְ זֵייעֶר דוּ זָאלְסְט זִיךְ זֶען מְבַטֵל זַיין אִינְגַאנְצְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן זָאלְסְט גוּט גֶעדֶענְקֶען, כָּל זְמַן מֶען הָאט זִיךְ אִינְזִינֶען וְכוּ' וֶוערְט לֶעכֶער פוּן אַלֶע זַייטְן וְכוּ', אוּן עֶס רִינֶען אַרוֹיס דִי הַשְׁפָּעוֹת וְכוּ', אוּן מֶען וֶוערְט פַארְפְּלָאנְטֶערְט אִין אַלֶע עֶרְלֵיי פַארְפְּלָאנְטֶערְנִישְׁן, אָבֶּער וֶוען אַ אִיד אִיז זוֹכֶה אוּן עֶר אִיז זִיךְ אִינְגַאנְצְן מְבַטֵל צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן עֶר וִויל גָארְנִישְׁט נָאר טוּן דֶעם רָצוֹן פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, דֶער הָאט נִישְׁט קַיין מוֹרָא פוּן קַיין מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט, אוּן דָאס קֶען זַיין דִי כַּוָנָה וָואס עֶס שְׁטֵייט אִין דִי וָואכֶעדִיגֶע סֶדְרָה (בְּרֵאשִׁית ו', ט') "אֶת הָאֶלֹקִים הִתְהַלֶךְ נֹחַ" נֹחַ אִיז גֶעגַאנְגֶען נָאר מִיטְ'ן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אִיבֶּערְדֶעם הָאט עֶר נִישְׁט מוֹרָא גֶעהַאט פוּן קֵיינֶעם נִישְׁט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#115 - וואס טו איך אז קיינער טראגט נישט אן קיין שידוכים?
שידוכים, יבנאל, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ארץ ישראל, אבער איך לערן ביי אייך אין ישיבה, איך לערן אויפ'ן סדר דרך הלימוד, און איך פרוביר זיך צו שטארקן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. איך האב געקויפט דעם נייעם ספר "עצתו אמונה" און ווען איך שפיר זיך צובראכן עפן איך דעם ספר און איך זאג די ווערטער, און באקום דארט אסאך חיזוק.


איך וויל האבן א סדר היום ווי אזוי זיך צו פירן טאג טעגליך. איך בין שוין קרוב צו די צוואנציג יאר, אבער איך שפיר זיך ווי א יונגער בחור, קיינער טראגט נישט אן קיין שידוכים, און בין זייער צעבראכן פון דעם. איך בעט דעם אייבערשטן אסאך אויף א שידוך, אבער דערווייל זעט נישט אויס אז עפעס זאל אנקומען.


אויך טוט מיר זייער וויי אז ס'איז נישטא דא קיין חבורת היכל הקודש, אז בחורים און אינגעלייט זאלן זיך קענען מחזק זיין אינאיינעם. אזויפיל בחורים ווארטן אויף דעם זיך צו קענען שטארקן אינאיינעם מיט די דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות; זיי נישט צעבראכן פון דעם וואס מען טראגט דיר נישט אן קיין שידוכים, עס זעט דיר אויס ווי דו וועסט בלייבן אליינס חס ושלום; גלייב אינעם אייבערשטן אז עס איז דא פאר דיר א שידוך.


איך ווייס אז עס איז נישט גרינג פאר דיר, עס זאגט זיך גרינג: "שטארק זיך", אבער ווי אזוי שטארקט מען זיך ווען מען איז צעבראכן אויף שברי שברים, מען שפירט ווי קיינער פארשטייט מיר נישט? ווייל קיינער פארשטייט נישט די צער וואס א בחור גייט אריבער. עס איז נישט דא נאך אזא צער אויף די וועלט ווי די צער פון א בחור, ווייל מען האלט אין איין אראפ פאלן אין פגם הברית, דאס מאכט נאכדעם זייער בעצבות ומרה שחורה, און וויפיל מען וויל ארויס קריכן פון דעם האלט מען אין איין צוריק פאלן; דאך בעט איך דיר, שטארק זיך מיט אלע כוחות. נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט, די עצה פון "התבודדות". זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן. זאג פאר'ן באשעפער: "רבונו של עולם טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך; עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א בחור איינער אליינס. דער יצר הרע ברענט אין מיר און ווארפט מיר אראפ יעדן טאג נאכאמאל און נאכאמאל, ער ווארפט מיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית, איך האלט עס נישט אויס, איך וויל נישט טון די אלע עבירות אבער איך בין אזוי ווי א געבינדענער מענטש אן קיין בחירה.


טאטע זיסער, טאטע געטרייער! העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך און איך זאל שוין זוכה זיין חתונה צו האבן און לעבן בקדושה, בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר".


כאפ זיך אריבער קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מען זעט אפענע ניסים און ישועות ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן אהין פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים און טרעפן זייער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג.

#114 - ווי יונג קען מען אנהויבן מתפלל צו זיין פאר א שידוך?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די אלע תפלות וואס דער ראש ישיבה שרייבט פאר בחורים צו בעטן דעם אייבערשטן פאר א שידוך, און אז "עכט וויל איך זיין גוט, איך בין גרייט חתונה צו האבן, נאר איך האב נאכנישט געטראפן מיין שידוך", איז דאס אויך פאר יונגע בחורים וואס זענען נאכנישט אין די עלטער וואס מ'האט געווענליך חתונה? איך שפיר אז איך קען נישט זאגן די תפלות, ווייל לכאורה וועל איך סיי ווי נישט קענען חתונה האבן פאר די אכצן יאר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף חתונה האבן, אפילו דו ביסט נאך א יונגער בחור; יעדע תפילה וואס מען בעט דעם אייבערשטן רעכנט מען צוזאם ביז מען באקומט די ישועה.


חכמינו זכונם לברכה זאגן (דברים רבה ב, יז) אויפ'ן פסוק (דברים ד, ז): "כִּי מִי גוֹי גָּדוֹל אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרֹבִים אֵלָיו כַּה' אֱלֹקֵינוּ בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו", דער אייבערשטער הערט אויס יעדע תפילה; "אָמְרוּ רַבָּנָן, יֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְאַרְבָּעִים יוֹם", עס איז דא אמאל וואס דער אייבערשטער הערט אויס די תפילות אז מען בעט פערציג טעג, אזוי ווי מיר געפונען ביי משה רבינו, ווי עס שטייט (דברים ט, יח): "וָאֶתְנַפַּל לִפְנֵי ה' כָּרִאשֹׁנָה אַרְבָּעִים יוֹם וגו'", ער האט געדאווענט צום אייבערשטן פערציג טעג; "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְעֶשְׂרִים יוֹם", עס איז דא מאלן וואס דער אייבערשטער הערט אויס די תפילות ווען מען בעט צוואנציג טעג, אזוי ווי מיר געפינען ביי דניאל; אמאל ווערט מען געהאלפן נאך דריי טעג דאווענען, אזוי ווי מיר געפונען ביי יונה הנביא, און אמאל העלפט דער אייבערשטער יענעם טאג; אבער יעדע תפילה ווערט אנגענומען.


ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס פאר א כח תפילה האט, וואלט מען נאר געדאווענט און געבעטן דעם אייבערשטן און מען וואלט אלעס באקומען, אבער דער יצר הרע מאכט אז מען זאל האבן ספיקות אין תפילה, מען זאל טראכטן: 'וועט עס דען קענען פאסירן?' אזוי ווערט מען אפגעקילט פון בעטן; אבער ווען מען וואלט געבעטן און געמוטשעט דעם אייבערשטן וואלט מען אלעס גע'פועל'ט.


מען דארף האבן אסאך סבלנות ביי תפילה; ווען מען בעט און מען בעט און מען זעט נישט גלייך ווי די תפילות גייען ארויף, דארף מען אסאך סבלנות אויס צו ווארטן די ישועה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ב): "וְיֵשׁ מֵעַמֵּנוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל שֶׁטּוֹעִים חַס וְשָׁלוֹם בְּלִבָּם, שֶׁכָּל הַתְּפִילּוֹת הֵם לָרִיק", עס זענען דא מענטשן וואס זענען זיך טועה, זיי מיינען אז אלע תפילות וואס מען בעט גייט צו די לופט, "אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵינוֹ כֵּן, אֶלָּא סַלְקִינָן וַאֲפִינָן וּבַשְׁלִינָן, הַיְנוּ כָּל הַתְּפִילּוֹת סַלְקִינָן וְעוֹלִין", אבער עס איז נישט אזוי, אלע תפילות גייען ארויף אויבן צום אייבערשטן, נאר יעדע זאך האט א פרייז וויפיל תפילות מען דארף מאכן פאר דעם ביז מען איז זוכה צו די ישועה, ווי דער רבי טייטשט אויס דעם מאמר פון רבה בר בר חנה (בבא בתרא עג): "וְכַד חַם גַּבֵּיהּ אִתְהַפֵּיךְ", ווען דער אייבערשטער האט רחמנות זעט מען אז אלע תפילות וואס מען האט געמיינט אז דאס איז "סַבְרִינָן יַבֶּשְׁתָּא הוּא" - אויסגעטריקנט, עס גייט נישט ארויף, דעמאלט זעט מען, "וְסַלְקִינָן וְאָפִינָן וּבַשְׁלִינָן אַגַּבֵּיהּ", אז דאס גייט יא ארויף אויבן אין הימל און עס ברענגט רחמנות פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#113 - ווי אזוי קען איך צוגיין צו מיין חתונה מיט א רואיגקייט?
שידוכים, שלום בית, חתונה, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ניגונים, און חיזוק, וואס איז מיר אזוי שיין מדריך אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן.


איך בין ב"ה א חתן געווארן, די חתונה איז אין עטליכע חדשים, אבער ווי נענטער עס ווערט צו די חתונה ווער איז מער נערוועז און דערשראקן, אפשר איז דאס נישט מיין ריכטיגע שידוך? אפשר וועל איך זיך נישט אויסקומען מיט איר? די כלה איז נישט אזוי שיין, ווי אזוי וועט זי מיר העלפן זיך היטן די אויגן? און אזוי ווייטער בין איך פול מיט בלבולים און פחדים. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר ווי אזוי איך זאל קענען צוגיין צו די חופה פרייליכערהייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט געטארפן דיין שידוך און דו ביסט שוין גרייט צום חופה גיין; לאז דאפ די נארישע מחשבות וואס בוזשעווען אין קאפ: 'אויב דאס איז טאקע דיין באשערטע', דאס איז אלעס עצת היצר הרע וואס פארגינט נישט אז דו גייסט זוכה זיין צו ווערן אן אדם השלם, דו גייסט אנהייבן לעבן בקדושה ובטהרה.


בנוגע דיין פחד אויב דו וועסט קענען לעבן מיט איר בשלום וכו'; דאס ווענדט זיך נאר אין דיר, אז דו וועסט זיין א וותרן, דו וועסט נישט זוכן אויסצופירן וועסטו האבן שלום בית, נעם זיך פאר קיינמאל נישט זוכן אויסצופירן וועט דיר גוט זיין. עס איז נישט געפערליך ווען די ווייב איז גערעכט, מען ווערט נישט קלענער ווען זי איז גערעכט.


אויך זאלסטו זיין א געביגער; זאלסט נישט זיין א קמצן, סיי מיט געלט און סיי מיט גוטע ווערטער, זאלסט איר שטענדיג געבן געלט און איר באגיסן מיט גוטע ווערטער.


בנוגע שמירת עיניים וכו'; נאך די חתונה דארף מען ווייטער ארבעטן אויף שמירת עיניים. עס מיינט נישט צו זאגן אז איינמאל מען האט חתונה האט מען מער נישט קיין נסיונות, מען האט ווייטער די זעלבע נסיונות נאך די חתונה, נאר עס איז גרינגער זיך צו שטארקן מיט א ווייב, אבער מען דארף זיך ווייטער היטן די מחשבה און די אויגן. מען דארף ווייטער שרייען צום אייבערשטן: "'הַעֲבֵר עֵינַי מֵרְאוֹת שָׁוְא', היט מיר אייבערשטער איך זאל האבן ריינע אויגן, איך זאל נישט פארשווארצט ווערן בזה ובבא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א גוט לעבן.

#112 - ווי אזוי קען איך זוכה זיין צו א ברסלב'ע שידוך?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב איך געוואלט באדאנקען פאר'ן ליינען מיינע שאלות און צוריק שרייבן א תשובה, איך בין די מיידל וואס האט געפרעגט וואס צו טון אז איך וויל דוקא א חסידישע ברסלב'ע שידוך, און אזוי ווי איך קום פון א ליטווישע שטוב איז עס שווער פאר מיינע עלטערן צו פארשטיין, און דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געענטפערט אז מ'דארף קוקן נאר אויב דער בחור האט גוטע מדות און יראת שמים, ס'מאכט נישט קיין חילוק וואו דער בחור באלאנגט, וויל איך יעצט אביסל בעסער מסביר זיין פארוואס איך דארף דוקא אזא סארט שידוך.


ביי אונז אין שטוב באלאנגט מען נישט אין ערגעץ, מ'רעדט אויף אלע קרייזן אויף דער וועלט, עס איז נישטא קיין שום ווארעמקייט און פרייליכקייט סיי אין עבודת ה' און סיי סתם אין לעבן, די איינציגסטע זאך וואס ס'איז דא ביי אונז אין נאר חומרות, מ'וועט עובר זיין אויף דאורייתא'ס, פארשעמען מענטשן און צעשטערן די שלום בית, בלויז צוליב א ווייטע חומרא, און בכלל גייט אלעס צו מיט קולות און קלעפ.


אזוי בין איך אויפגעוואקסן, און פארשטייט זיך אז מיין לעבן איז געווען ביטער און פינסטער, איך האב ממש נישט געהאט קיין טעם אין לעבן, ובפרט ווען איך האב אנגעהויבן ווערן עלטער און עלטער און נישט געטראפן מיין שידוך, בין איך געווארן גאר שטארק דעפרעסט און דערביטערט.


איך בין געגאנגען צו א טעראפיסט זי זאל מיר העלפן, זי האט אבער בכלל נישט גערעדט צו די זאך, זי האט מיר גארנישט געקענט העלפן, און אזוי איז מיין מצב געווארן נאך ערגער, איך בין געווארן נאך מער דעפרעסט. ביז דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און איך האב געטראפן אייערע שיעורים און חיזוק, דאס האט מיר ממש אויפגעלעבט, איך בין געווארן ממש א נייע מענטש, איך האב אנגעהויבן לעבן מיט'ן רבינ'ס עצות, און דאס האט ממש געראטעוועט מיין לעבן.


איך שפיר אז אויב וויל מען זיין געזונט און פריילעך און דינען דעם אייבערשטן מיט געשמאק, מוז מען האבן דעם רבינ'ס עצות, נאר אזוי קען מען אנגיין. ממילא ווען עס קומט אויפצושטעלן א אידישע שטוב, וויל איך זייער שטארק האבן א מאן וואס איז אויך א ברסלב'ער, ער לעבט אויך מיט'ן רבינ'ס עצות, און איך וויל אז מיינע קינדער זאל אויך באקומען אזא חינוך. איך בין בכלל נישט אינטערעסירט חתונה צו האבן מיט א קאלטער בחור, און צוריקפאלן צו מיינע ביטערע צייטן, און פארביטערן דאס לעבן פון מיינע קינדער.


איך וויל וויסן וואס איך קען יא טון צו באקומען א ברסלב'ע שידוך, איך וועל זיך פרייען צו באקומען א תשובה פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס שנעלער.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כוחות נישט צו ווערן צעפאלן; דער אייבערשטער איז זייער גרויס, ער וועט אייך העלפן איר זאלט טרעפן אייער שידוך און אויפשטעלן א שיינע ווארעמע אידישע שטוב.


בעטס דעם אייבערשטן אלעס וואס איר ווילט און וואס איר דארפט; זאגטס פאר'ן אייבערשטן דעם גאנצן בריוו, זאגטס פאר'ן אייבערשטן די גאנצע מעשה, וואו איר זענט אויפגעוואקסן, ווי מען מאכט חוזק פון אלעס, מען לאכט פון יעדן און מען קריגט זיך וכו', אויך דערציילטס פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק איר ווילט אויפשטעלן א ברסלב'ע שטוב, א שטוב וואס וועט זיך פירן מיט'ן רבינ'ס עצות און אז אייערע עלטערן ווילן נישט וכו' וכו', וועט דער אייבערשטער אייך העלפן.


תפילה איז זייער שטארק, זייער גרויס און העכער פון אלעס, מיט תפילה והתבודדות קען מען אלעס באקומען, אפילו טוישן א שידוך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות חיתון, סימן ט): "עַל יְדֵי תְּפִלָה יָכוֹל לְשַׁנּוֹת זִוּוּגוֹ הַנִכְרָז בַּשָׁמַיִם", מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן, מען קען אפילו טוישן א שידוך וואס מען האט שוין אויסגערופן אין הימל.


עקשנ'ט זיך ביים אייבערשטן, וועט איר באקומען וואס איר דארפט.

#111 - ווי אזוי דערהאלט איך זיך ווען מיינע עלטערן קריגן זיך?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל און איך מוז זיך קודם באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים, וואס געבן מיר די כח און מוט אנצוגיין אין לעבן.


איך גיי דורך אסאך שוועריקייטן אין מיין לעבן, מיינע עלטערן קומען זיך נישט אויס צווישן זיך, זיי קריגן זיך אסאך, און פיל מאל אויך אין די עפנטליכקייט. ברוך ה' אז צוליב די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א מיש איך זיך קיינמאל נישט אריין, אבער דאס מאכט מיר פיל צער און ס'איז מיר זייער שווער איבערצוטראגן.


אויך שטערט דאס מיר זייער ווען איך בין אין שולע, איך קען זיך נישט צוהערן געהעריג צו וואס די לערערינס רעדן, און דערנאך קען איך נישט גוט, מ'שרייט אסאך אויף מיר, און פיל מאל ווער איך באשטראפט דערפאר.


איך שפיר נישט באקוועם דאס דורכצורעדן מיט קיין איין לערערין אין שולע, און איך ווייס נישט וואס צו טון, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן מיט אן עצה?


אויך האב איך צוויי עלטערע ברידער אין די יארן פון שידוכים, מיינע עלטערן וועלן זיך זייער שטארק, און דערווייל ווערן זיי עלטער און עלטער, און איך האב זייער מורא אז דאס זאל נישט פאסירן אויך צו מיר ווען ס'וועט קומען מיין רייע אין שידוכים, אז זיי וועלן זיך אסאך וועלן, און איך וועל ווערן אן עלטערע מיידל. וואס קען איך טון דערצו?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, דערהאלטס אייך מיט אלע כוחות, נעמטס אריין אין זיך די אמונה, אז אלעס וואס פאסירט מיט א מענטש איז פונעם אייבערשטן; דאס וואס איר גייט אריבער איז זיכער מיט א פונקטליכע חשבון פונעם אייבערשטן, און אז איר וועט זיך דערהאלטן וועט איר נאר פארדינען פון דעם.


נעמטס די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט - די עצה פון התבודדות; רעדטס צום אייבערשטן אויף אייער שפראך, אויף אייער מאמע לשון, דערציילטס אים אייערע ווייטאגן, בעטס אים: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל זיין שטארק ביי מיר, איך זאל נישט ווערן צעפאלן פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


הייליגער באשעפער, העלף אז מיין טאטע מאמע זאלן לעבן בשלום, זיי זאלן זיך נישט קריגן איינער מיט'ן צווייטן; עס שטערט מיר זייער ווען זיי קריגן זיך, איך שפיר ווי מיין לעבן גייט מיר צוגרינד פון דעם, איך קען נישט טראכטן פון עפעס אנדערש, מיין גאנצע קאפ פליט מיר אוועק, איך קען נישט מיט האלטן די לימודים אין שולע, פון טראכטן טאג און נאכט פון די קריגערייען אין שטוב.


גרויסער באשעפער, דערבארעמדיגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין שטארק ביי מיר, העלף אז מיינע ברודערס זאלן שוין טרעפן זייערע שידוכים און העלף מיר איך זאל בקרוב טרעפן א גוטע שידוך".


מיט תפילה וועט איר אלעס פועל'ן, ווייל תפילה טוישט אלעס, תפילה איז די שטערקסטע זאך וואס איז דא אויף דער וועלט; מען קען אלעס באקומען און אלעס טוישן דורך תפילה. אז מען איז שטארק מיט תפילה און מען האט סבלנות אויסצואווארטן ביז די ישועה קומט, איז מען זוכה צו געהאלפן ווערן מיט וואס מען דארף נאר.


ווי מער איר וועט רעדן צום אייבערשטן וועט אייך קלארער ווערן די אמונה, איר וועט זיין שטארק ביי זיך, עס וועט אייך זיין קלאר אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטער, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#110 - קען מען אויך פועל'ן א זיווג שני אין יבנאל?
שידוכים, יבנאל, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך זייער מחיה מיט די שיעורים, איך האב שוין זוכה געווען צו ענדיגן עטליכע מסכתות, און איך גיי יעצט ענדיגן ששה סדרי משנה צום ערשטן מאל ברוך ה', א גרויסן יישר כח פאר דעם און פאר אלעס.


איך האב געוואלט פרעגן איבער די סגולה פון מוהרא"ש פאר שידוכים, אז מ'זאל אויסזאגן גאנץ תהלים ביי זיין ציון, אויב דאס איז נאר פאר בחורים, אדער קען דאס אויך העלפן צו טרעפן א זיווג שני?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג, כ"ד תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביים ציון פון מוהרא"ש אין יבניאל קען מען פועל'ן אלע ישועות, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון דער וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ", ביי מיין ציון וועט מען קענען פועל'ן וואונדערליכע ישועות. "וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם", ווער עס וועט קומען צו מיין ציון וועל איך זיין פאר אים א מליץ יושר אין הימל, "וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן א ישועה פאר דעם וואס איז געקומען צו מיין קבר דאווענען און לערנען.


בפרט אין דעם ענין פון שידוכים האט מוהרא"ש צוגעזאגט מיט א שטארקע הבטחה בזה הלשון (שם, שם): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מען זעט אפענע ניסים און ישועות יעדן טאג ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן אהין פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים צו טרעפן זייער שידוך.


דעריבער זאלסטו וואס שנעלער פארן קיין יבניאל און דארט אויסזאגן תהילים לזכות מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#109 - מעג איך אפזאגן א שידוך ווייל יענער איז נישט חסידיש?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל פון א ליטווישע משפחה, אבער מיין הארץ האט אלץ געצויגן צו די חסיד'ישע דרך, און לעצטנס אויך צו די ברסלב'ע דרך, איך שפיר אז דאס איז די ריכטיגע וועג, אבער איך האב אסאך ספיקות אויב ס'איז ריכטיג אז א מיידל זאל זיך אליין אויסקלויבן א וועג אין לעבן, אנדערש ווי איר טאטע און משפחה.


אויך וועגן שידוכים בין איך זייער צעמישט. איך בין 24 יאר אלט, שוין כמעט צוויי יאר אין שידוכים, און איך וויל זייער א חסיד'ישע שידוך, און יעצט אויך א ברסלב'ע שידוך, אפילו ער זאל נישט זיין אפיציעל ברסלב אבער כאטש אין הארץ זאל ער האבן די ברסלב'ע דרך, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי דאס זאגן פאר מיינע עלטערן.


איך האב נישט קיין נארמאלע קשר מיט מיינע עלטערן, איך קען זיי נישט מסביר זיין מיינע געפילן, ווייל ס'איז זייער ווייט אין זייערע אויגן, און איך ווייס נישט אויב זיי וועלן האלטן דערביי. עס האט זיך שוין גערעדט עטליכע ליטווישע שידוכים, איך האב זיי פרובירט צו פארשטיין געבן אז איך וויל עפעס מער חסידיש, אבער זיי האבן נישט געוואלט פארשטיין וואס איך וויל.


איך וויל וויסן אויב ס'איז ריכטיג אפצוזאגן א שידוך, אויב איז ער א גוטער בחור אבער ער איז נישט חסידיש, ווייל איך שפיר אז איך נישט מצליח זיין זיך צו פארשטיין אין לעבן מיט א טרוקענעם ליטוואק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער אסאך מענטשן וואס ווערן מקורב צום רבי'ן האבן דעם טעות, מען מיינט אז כדי צו ווערן א ברסלב'ער חסיד דארף מען אפלאזן די וועג פון די עלטערן וכו'; ווער הייסט אייך אפלאזן זייער וועג? איר דארפט נישט אפלאזן די וועג פון אייערע עלטערן, בלייבט ווי אזוי אייער משפחה פירט זיך און נעמט די עצות און התחזקות פון רבי'ן.


ברסלב'ער חסידות איז נישט קיין סתירה מיט קיין שום חסידות און אפשטאם; בסך הכל וויל דער רבי אונז ברענגען צו אזא מדריגה אז מיר זאלן לעבן מיט א שטארקע אמונה. דער רבי וויל איין זאך פון אונז, מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן א גאנצע צייט; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, אויף מאמע לשון, מען זאל אלעס דערציילן פאר'ן אייבערשטן; אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, ווי דער יצר הרע ווארפט אלץ אראפ וכו' און אז וויפיל מאל מען וויל זיין גוט וכו' גייט עס נישט.


בנוגע אפזאגן שידוכים; איר זענט שוין פיר און צוואנציג יאר, אויף וואס ווארט איר? פארוואס זאגט איר אפ שידוכים? ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען געדענקען וואס חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה און האב חתונה; מען דארף חתונה האבן ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן.


אז מען טראגט אייך אן א גוטער בחור זאלט איר זיך טרעפן מיט אים און זען זיינע מידות און יראת שמים און וואס שנעלער חתונה האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#108 - וואס האט מוהרא"ש געהאלטן איבער די "דור ישרים" טעסט?
שידוכים, רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים וואס איז ממש געוואלדיג. איך האב געהערט ביי א שיעור אז דער ראש ישיבה שליט"א האט אוועקגעמאכט די "דור ישרים" טעסט, וואס איז שלעכט מיט דעם? און וואס האט מוהרא"ש געהאלטן איבער דעם?


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש איז נישט געווען דערקעגען מען זאל מאכן דעם דור ישרים טעסט, אויב איינע פון די צדדים האבן זיך געשטעלט צו מאכן די בדיקה האט מוהרא"ש געזאגט מען זאל עס מאכן.


זוכה זיין צו געזונטע ערליכע דורות דארף מען אויף דעם אסאך בעטן דעם אייבערשטן; מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס תפילה איז און וואס מען קען פועל'ן דורך תפילה. עס איז באוויסט דעם סיפור (פעולת הצדיק, סימן ו) אז ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט משדך געווען זיין תלמיד רבי נחמן הורידענקער זכר צדיק לברכה מיט די שוועסטער פון רבי יצחק דרוביטשער זכר צדיק לברכה, איז תיכף נאך די חופה דער חתן - דער צדיק רבי נחמן הורידענקער - נעלם געווארן און זיין ווייב - די כלה - האט נישט געוויסט וואו ער איז; זי האט געווארט אפאר טעג אויף אים ער זאל אהיים קומען און ווען זי האט געזען אז ער קומט נישט אהיים איז זי געגאנגען צום הייליגן בעל שם טוב און האט אויסגעבראכן אין א געוויין, זי האט אים דערציילט אז זי ווייסט נישט וואו איר מאן דער חתן איז, דער בעל שם טוב איז געווארן זייער דערשראקן און ער האט איר געהייסן צוריק קומען נאך אפאר טעג. דער בעל שם טוב האט געזען מיט רוח הקודש וואו רבי נחמן איז באהאלטן און ער האט געשיקט א שליח צו אים אז ער באפעלט אים ער זאל תיכף קומען צו אים. ווען ער איז אנגעקומען צום בעל שם טוב הקדוש האט אים דער בעל שם טוב פארגעהאלטן: "היתכן צו טון אזא זאך, איבערלאזן איינזאם א פרוי גלייך נאך די חופה?!" האט ער געענפערט אז ער זעט ברוח הקודש אז ער וועט האבן מיט איר א קינד און תיכף ווען דאס קינד וועט געבוירן ווערן וועט זי שטארבן, "איך האב רחמנות אויף אירע יונגע יארן, דערפאר האב איך מיך באהאלטן אז זי זאל נאך קענען אביסל לעבן". ווען דער בעל שם הקדוש האט דאס געהערט האט ער איר געלאזט רופן און ער האט איר דערציילט די גאנצע מעשה, אז דער חתן האט זיך באהאלטן ווייל ער וויל נישט זי זאל אזוי יונג נפטר ווערן. האט זי געזאגט: "אויב מיין מאן איז אזוי גרויס, אז ער קען זען וואס גייט זיין וכו', בין איך מסכים טראגעדיג צו ווערן און האבן א קינד פון אים", אזוי איז געווען, זיי זענען אהיים געגאנגען און זי האט אנגעפאנגען צו ווארטן א קינד, בשעת זי האט געבוירן דאס קינד האט זי זייער געוויינט און געזאגט: "רבונו של עולם, נעם מיר נישט אוועק פון דער וועלט פאר א חודש, ווייל איך וויל זען מיין קינד, און זיך מיט אים משעשע זיין אביסל", און אזוי איז טאקע געווען, זי האט געלעבט א חודש און נאכדעם איז זי נפטר געווארן.


האט רבי נחמן הורידענקער געזאגט: "א שאד זי האט נאר געבעטן צו בלייבן לעבן א חודש, ווען זי וואלט ווען געבעטן אז די גזירה זאל אינגאנצן בטל ווערן וואלט עס אינגאנצן בטל געווארן - ווייל זי האט אזוי שטארק געבעטן, מיט אזא צעבראכענע הארץ, אז זי וואלט ווען געקענט מבטל זיין די גזירה". זעט מען ווי שטארק תפילה איז, אז מען קען אלעס פועל'ן מיט תפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.