שאלה אין קורצן ענין
#43 - מיינע עלטערן האלטן זיך ביים גט'ן, ווי אזוי דערהאלט איך זיך?
שידוכים, התחזקות, קינדער, תפילות אויף אידיש, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער צובראכן און איך בין אין זייער א שווערע מצב, סיי אין רוחניות וואס איך הער נישט אויף צו פאלן אין עבירות, און סיי מיט וואס עס גייט אויף מיר אריבער אין שטוב, דער ראש ישיבה קען זיך נישט פארשטעלן וואס גייט אריבער אויף איינעם וואס די עלטערן גרייטן זיך שוין אפאר יאר זיך צו גט'ן. איך מיין אז פיל עלטערע מענטשן פון מיר זענען נישט אריבער אזויפיל צרות אין לעבן וואס איך בין אריבער.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה האט מיר געגעבן, און מיר געראטעוועט דאס לעבן.


אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע שרייבן א בריוו פון חיזוק, ס'וועט מיר זייער העלפן און ס'וועט מיר זייער מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קיינער אין די וועלט קען נישט פארשטיין די צער פון קינדער וואס זעען ווי די עלטערן קריגן זיך, קיינער ווייסט נישט וואס די קינדער ליידן; די צער און יסורים וואס די קינדער האבן טאג טעגליך השם ישמרינו.


אין דיין פאל, וואס דיינע עלטערן גרייטן זיך שוין א שטיק צייט זיך צו גט'ן, האב איך איין עצה פאר דיר; נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; די עצה וועט דיר געבן כח צו קענען אנגיין אין דיין מצב. גיי אין א ווינקל וואו עס איז ליידיג פון מענטשן און רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך, דיין מאמע לשון. דערצייל אים וואס דו גייסט אריבער, זאג אים וואס טוט זיך אין שטוב צווישן דיינע עלטערן, שעם זיך נישט, דעם אייבערשטן זאלסטו דערציילן אלע פרטים, זאג אים אלע דיינע ווייטאגן, דאס וועט דיר געבן כח צו קענען בלייבן שטארק פיזיש און גייסטיש ביז דו וועסט חתונה האבן און אויפשטעלן א געזונטע שטוב.


מיין טייערער ליבער ברודער, ליבער חבר; די עצה פון התבודדות, די עצה פון רבי'ן – דאס גייט משיח אריינברענגען אין די וועלט, מיט די עצה וועט ער אייננעמען די וועלט. דער רבי האט בפירוש געזאגט: "משיח וועט אייננעמען די וועלט אן קיין איין שאס פאלווער"; ער וועט נישט שיסן אויף אלע פעלקער, ער וועט מלחמה האלטן מיט תפילה, ער וועט אריינברענגען תפילה והתבודדות, ער וועט אויסלערנען די גאנצע וועלט, אלע זאלן וויסן אז עס איז נישטא קיין שום אדרעסס צו וועם זיך צו ווענדן, עס איז דא נאר איין אדרעסס: גיין צום אייבערשטן און אים בעטן.


דעריבער בעט איך דיר, נעם די עצה - וועסטו האבן כח צו קענען לעבן; בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר געבן כח דו זאלסט זיך קענען שטארקן אויף דיינע נסיונות, דו זאלסט נישט ווערן מיואש, דו זאלסט נישט טון נישט גוטע זאכן.


דא האסטו א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג, און אפילו אפאר מאל א טאג:


"הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, איך גיי אריבער שווערע צייטן, איך קען נישט נעמען דאס אז מיינע עלטערן קריגן זיך, זיי גייען זיך גט'ן, זיי גייען זיך צעטיילן; איך בין אזוי צעבראכן פון דעם, איך האב אזויפיל צער אז מיין שטוב צעפאלט מיר, איך קען נישט זיין פרייליך, ביז איך פאל אראפ אין עבירות, אין פגם הברית רחמנא לצלן; דער יצר הרע לאזט מיר נישט אפ, ער ווארפט מיר אראפ, איך האב ממש נישט קיין כח, איך קען זיך נישט מתגבר זיין.


הייליגער באשעפער, קיינער פארשטייט מיר נישט, קיינער ווייסט נישט וואס איך גיי אריבער; עס פעלט מיר א טאטע און מאמע וואס לעבן בשלום, עס פעלט מיר עלטערן וואס האבן זיך ליב, עס פעלט מיר א געזונטע שטוב; נאר דו אייבערשטער זעסט מיין הארץ ווי איך ווארט אויף אביסל ליבשאפט, דו אייבערשטער ווייסט ווי שטארק איך וויל זיין גוט, ווי שטארק איך וויל לערנען און דאווענען, טון מצוות און גוטע זאכן, עס איז מיר אבער אזוי שווער.


העלף מיר אייבערשטער, געב מיר כח איך זאל קענען זיין פרייליך; געב מיר כוח איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויפ'ן יצר הרע, איך זאל זיך קענען דערהאלטן ביז מיין חתונה, ביז איך וועל אויפשטעלן א שיינע שטוב".


די תפילה זאלסטו זאגן און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, וועסטו זען אז עס וועט זיך דיר עפענען א נייע וועלט; דו וועסט שפירן זיכער, דו וועסט נישט זיין פארלוירן, דו וועסט שפירן דעם אייבערשטן מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, דאס וועט דיר געבן כח זיך צו קענען מתגבר זיין אויפ'ן יצר הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - ווי אזוי שטארק איך זיך צו האבן נאר א כשר'ע טעלעפאן?
שידוכים, קדושה, טעלעפאן, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט דעם שיעור פון דעם זונטאג, און דאס האט מיר זייער מחזק געווען צו האבן נאר א כשר'ע גוט געפילטערטע טעלעפאן. איך האב ביז יעצט אויך געהאט מיין טעלעפאן טיילווייז געפילטערט, אבער יעצט וויל איך קויפן א גענצליך כשר'ע טעלעפאן.


איך וויל דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר מחזק זיין אויף דעם, ווייל איך ווייס נישט אויב איך וועל זיך קענען דערהאלטן.


אויך וויל איך בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א צו מתפלל זיין פאר מיר איך זאל שוין טרעפן מיין באשערטע שידוך בקרוב ובניקל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק, זיי קלוג און זיי פאלגעדיג; קויף דיר נישט קיין טעלעפאן וואס מען קען זען אין דעם עבירות.


וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער, מיר האבן אין אונזער דור די שרעקליכע נסיון פון האבן מיט זיך די כלים אויף וואס מען קען זען עבירות מסוף העולם ועד סופו; די כלים האבן שוין אויסגעריסן טויזנטער אידישע בחורים און מיידלעך פון די הייליגע תורה. אז מען קוקט עבירות פארלירט מען אלעס, מען פארלירט די אמונה הקדושה און אז מען האט נישט קיין אמונה - האט מען שוין גארנישט, דאס ברענגט אז מען זאל אראפפאלן אין עבירות און פארלירן די אמונה און יראת שמים רחמנא לצלן.


איך האף דו וועסט אננעמען די פאר ווערטער וואס איך שרייב דיר פון הארץ, זאלסט נישט נעמען קיין טעלעפאן וואס מען קען זען אויף דעם עבירות; אויפ'ן מינוט וועט דיר עס אפשר נישט זיין אזוי באקוועם, אבער דיין לעבן וועט דיר זיין מער באקוועם, דיין עתיד וועט דיר זיין מער באקוועם; דו וועסט זיך נישט אזוי מוטשען אין לעבן.


די כלים איז א וועג ווי אזוי צו טראגן מענטשן צום טויט; דער סמ"ך מ"ם האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפווארפן אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך - גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג, דער בחור קויפט זיך א סמארטפאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, דעמאלט דארף ער שוין נישט גיין אין ערגעץ; ער זיצט ביי זיך באהאלטן און קוקט דארט אפ אלע שמוץ וואס איז דא אויף די וועלט רחמנא לצלן.


בעט דעם אייבערשטן אויף דעם, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר; דערצייל דעם אייבערשטן אין דיין שפראך ווי שטארק עס ציט דיר צו האבן א טעלעפאן וואס מען קען זען אין דעם וכו' וכו', בעט אים ער זאל דיר געבן כח עומד צו זיין בנסיון.


אין דעם זכות וואס דו וועסט זיך היטן דיינע אויגן וועסטו באקומען א גוטע שידוך; א שידוך מיט טעם, א שידוך מיט חן; אויב מען היט נישט די אויגן קען מען נישט האבן קיין שלום בית. דער הייליגער צדיק רבי יהודה החסיד דערציילט (ספר חסידים, סימן שפז): "אָדָם אֶחָד הִתְעַנָּה כַּמָּה יָמִים שֶׁיַּזְמִין לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אִשָּׁה שֶׁהוּא אוֹהֵב", א מענטש האט אסאך געפאסט אז ער וויל חתונה האבן מיט א פרוי וואס ער האט ליב, אויך האט ער געבטן דעם אייבערשטן אויף די שידוך, "וְלֹא נִתְקַיֵּם תַּעֲנִיתוֹ וּתְפִלָּתוֹ", און דער אייבערשטער האט נישט אנגענומען זיין געבעט מיט זיינע תעניתים, איז ער געקומען מיט טענות צום צדיק: "פארוואס האט מיר דער אייבערשטער נישט געגעבן די שידוך, איך האב אזויפיל געבעטן!" האט אים דער צדיק געזאגט: "אפשר איז דאס נישט דיין באשערטע זיווג?" דער מענטש האט זיך פארט נישט געוואלט בארואיגן, ער האט גע'טענה'ט: איך האב דאך אזויפיל געבעטן, איך האב אזויפיל געוויינט און געפאסט, דער אייבערשטער וואלט ווען געדארפט טוישן די גזירה און מיר אנשרייבן די שידוך וואס איך האב ליב, "אָמַר הַחָכָם: 'מִפְּנֵי שֶׁאַתָּה צוֹפֶה בַּנָּשִׁים'", האט אים דער צדיק געענטפערט, ווייל דו קוקסט אויף פרויען, דעריבער האט דער אייבערשטער דיר נישט נאכגעגעבן דיין געבעט, "זֶה הַצַּעַר הַבָּא עָלֶיךָ בִּשְׁבִיל שֶׁהָיִיתָ צוֹפֶה בַּנָּשִׁים, וְזִמֵּן לְךָ מַה שֶׁלֹא מָצְאָה חֵן בְּעֵינֶיךָ", דיין גאנצע צער וואס דו גייסט אריבער איז ווייל דו היטסט נישט דיינע אויגן, דעריבער האסטו באקומען אן אנדערע שידוך אן קיין חן.


איך האף אז די פאר ווערטער וועט דיר זיין פאר חיזוק נישט צו גיין קויפן קיין טעלעפאן און אנדערע כלי משחית וואס מען קען זען אין דעם שלעכטע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - זאלן מיר זיך נאכאמאל טרעפן איידער'ן ענדיגן דעם שידוך?
שידוכים, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס איז מקורב געווארן צו היכל הקודש, ס'גייט נישט דורך א טאג וואס איך זאל נישט לערנען מיינע קביעות'דיגע שיעורים אין תורה, און איך טו אסאך הפצה ברוך ה'.


איך האב געוואלט פרעגן וועגן א שידוך, מ'האט מיר אנגעטראגן א גוטע שידוך, מיינע עלטערן האבן זיך גוט נאכגעפרעגט און זענען זייער צופרידן פון די מיידל, און איך אויך, און ס'איז זייער א גוטע משפחה, איך ווייס נאר נישט אויב איך דארף זיי זאגן איבער דעם וואס איך טו אין הפצה, אדער אפשר דארף איך טאקע אויפהערן טון הפצה?


בכלל ווי אזוי גייט מען דא ווייטער? דארף מען זיך מער נאכפרעגן, דארף איך זיך נאכאמאל טרעפן מיט איר, אדער אפשר איז דא אנדערע זאכן וואס איך דארף נאך טון פאר'ן ענדיגן דעם שידוך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז די מיידל איז אן ערליכע, א געזונטע, א צדיקת - זאלסטו גיין ווייטער מיט'ן שידוך.


רעד נישט קיין איבריגע ווערטער; רעד נישט פון היכל הקודש, רעד נישט פון הפצה; די אלע זאכן קענסטו טון, דו דארפסט נישט קיין רשות פון קיינעם. אז דו וועסט זיך פירן ווי א תלמיד היכל הקודש, דו וועסט רעדן שיין, דו וועסט מכבד זיין דיין שווער, דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב - וועט דיר קיינער נישט שטיין אין וועג, דו וועסט קענען מאכן הפצה און אזוי אויך אלעס.


בנוגע זיך נאכאמאל טרעפן; דאס ווענדט זיך אין דיר, אז דו שפירסט דו ווילסט מער מברר זיין, דעמאלט קענסטו נאכאמאל גיין אויף א בעשאו. איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז דו ווייסט שוין גוט וואס דו ווילסט, דו ביסט העכסט צופרידן, קענסטו שוין גיין צום לחיים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#40 - זאל איך טון דעם שידוך?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון איבער צוואנציג יאר, מ'האט מיר אנגעטראגן יעצט א פיינע מיידל, פון א גוטע שטוב, אבער זי איז אביסל פעש, און איך בין מער צו די דארע זייט.


מיין מאמע פרעגט מיר וואס איך זאג דערצו, און איך ווייס נישט וואס צו ענטפערן. איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר זאגן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עס קומט צו א שידוך דארף מען בעיקר קוקן אויף די געזונט און אויף די מידות, דאס איז דער עיקר; מען זאל זיין א יראת שמים און האבן גוטע מידות, אויך דארף מען זיך טרעפן און זען אויב עס איז דא חן איינער צום צווייטן.


זאג דיינע עלטערן זיי זאלן זיך נאכפרעגן אויף די געזונט און אויף אירע מידות, אויב זאגן זיי אז מען הערט גוטע גריסן זאלסטו ווייטער גיין מיט'ן שידוך.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (יבמות סג.): "נָחִית דַּרְגָּא", גיי אראפ פון דיין דרגא, "נָסֹב אִיתְּתָא", כדי דו זאלסט קענען חתונה האבן; מען דארף חתונה האבן לשם שמים, ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - וואס טו איך אז מ'זאגט אפ שידוכים צוליב מיין בארד?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, עבודת השם, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף חיזוק, איך ווייס נישט וואס צו טון, מען האט מיר שוין נאכאמאל אפגעזאגט א שידוך ווייל איך טראג א בארד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם לעצטן ערב יום כיפור פון רבי'ן, שנת תקע"א איז געווען ביים רבי'ן א מעשה. איינער פון רבינ'ס מענטשן איז געקומען צום רבי'ן זאגן אז ער דארף א ברכה, ער איז זייער אפגעשוואכט און ער האט גרויסע יסורים. בשעת ער האט דאס דערציילט דעם רבי'ן איז געווען דארט איינער וואס האט געקענט דעם מענטש, זיינס א חבר, און יענער האט זיך אנגערופן צום רבי'ן: "דער רבי זאל וויסן, אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז ווייל ער גייט אין מקוה, דאס מאכט אים קראנק", האט דער רבי געזאגט: "לָמָה אַתֶּם תּוֹלִים הַכְבָּדַת הַחוֹלַאַת בְּמִצְווֹת", פארוואס זאלסטו צאמשטעלן זיין קראנקייט מיט מצוות? "טוֹב וְרָאוּי יוֹתֵר שֶׁתִּתְלוּ בַּעֲבֵרוֹת", ענדערש זאלסטו דאס אנהענגען אין עבירות (שיחות הר"ן, סימן רצח).


דאס זעלבע זאג איך דיר, פארוואס זאלסטו אנהענגען אז דו האסט נאכנישט קיין שידוך ווייל דו האסט א בארד מיט פיאות? ענדערש זאלסטו תשובה טון, זאלסט זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל אננעמען דיין תשובה, זאלסט פאררעכטן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען בפגם הברית, דעמאלט וועסטו טרעפן דיין שידוך.


נעם די עצה פון התבודדות; גיי אין א שטילע פלאץ און וויין זיך אויס צום אייבערשטן. בעט אים איבער, טו תשובה; זאג דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ, דאס וועט צואיילן דיין שידוך.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית", חודש אלול איז מסוגל צו פאררעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין זיין שידוך, ער האט שוין חתונה געהאט, וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו', אבער אז מען טוט תשובה "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", ממילא איז מען דעמאלט זוכה צו טרעפן דעם שידוך.


עס איז דא זייער שיינע תפילות פאר בחורים אין מיידלעך אינעם ספר "דיין שידוך וועט אנקומען" (מציאת הזיווג). איך וועל דיר דא אראפברענגען א שיינע תפילה וואס מוהרא"ש האט געמאכט פאר בחורים צו מתפלל זיין פאר א שידוך, אויב מען זאגט די תפילה איז מען זוכה צו טרעפן דעם שידוך:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה,] אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - ווי אזוי קען איך באקומען א חתן א תלמיד הישיבה?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, חסידות ברסלב, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, פאר'ן מיר געבן א נייע לעבן.


איך האב א גרויסע שאלה, איך חלש צו באקומען א שידוך א בחור וואס איז א תלמיד הישיבה, אדער איינער וואס הערט די שיעורים פון ישיבה. איך קען נישט טראכטן צו לעבן מיט איינעם וואס איז נישט מקורב. וואס טו איך? איך וויל אזוי שטארק. און מיינע עלטערן ווילן אינגאנצן נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים-וילך, י"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט אזוי ווי איר מיינט; מיינט נישט אז יעדער איינער וואס הערט די שיעורים, אדער יעדער וואס לערנט אין ישיבה - פאלגט די שיעורים און נעמט דאס פאר'ן לעבן. מען קען זיך דרייען אין א גוטע פלאץ און נישט טון וואס מען רעדט אין דעם גוטן פלאץ; איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן אויף אן ערליכער מאן, אן ערליכע שטוב, א פרייליכע שטוב; דאס איז דער עיקר וואס א מיידל דארף בעטן.


איר ווייסט אודאי וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָּנִים זֶה מִזֶּה, אָמְרוּ, אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא כְּלוּם, עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה", עס איז געווען א מעשה מיט אן ערליכער איד וואס איז געווען חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, עס איז אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער און זיי האבן זיך געדארפט גט'ן, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער ערליכער איד איז געגאנגען און האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשֵּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אין די פרוי.


אז איר לעבט מיט'ן אייבערשטן, איר לעבט מיט א שטארקע אמונה און איר האט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן ווי אזוי מען קען צאמפלעכטן די וועלט מיט יענע וועלט - וועט איר מצליח זיין אויפצושטעלן א ווארעמע ערליכע שטוב צוזאמען מיט אייער מאן, נישט קיין אונטערשייד וואו ער האט געלערנט.


קריגט אייך נישט מיט אייערע עלטערן; געבט אייך איבער צום אייבערשטן, זאגט פאר'ן אייבערשטן אז איר ווילט חתונה האבן, איר ווילט האבן אן ערליכע שטוב; וועט איר זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#37 - זאל איך רעדן מיט מיין כלה?
שידוכים, חתונה, קדושה, התחדשות, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר ענטפערן אויף מיין שאלה וואס צו טון אז דוקא נאכדעם וואס איך בין שוין א חתן געווארן, האב איך אנגעהויבן נאך מער פאלן.


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען זיך צו שטארקן און איך האב צעבראכן מיין אייפעד, נאך אסאך תפילות און בזכות דעם ווארעמען בריוו פונעם ראש ישיבה


איך וויל פרעגן אזא שאלה, איך זע אז יעדעס מאל נאכ'ן רעדן מיט מיין כלה, איז מיר פיל גרינגער, אפשר זאל איך רעדן מער מיט איר, ווייל זי וויל רעדן אבער מיינע עלטערן ווילן נישט איך זאל רעדן מיט איר.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט אוועק געווארפן דעם אייפאד; מיט דעם האסטו מקיים געווען א מצוה פון "וּבִעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּךָ (דברים יז, ז)"; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בלייבן שטארק דיין גאנץ לעבן נישט צו קוקן קיין מאווי"ס - וועסטו האבן אלע ברכות.


אודאי זאלסטו רעדן מיט דיין כלה, אזוי וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס. עס זענען דא פלעצער וואו מען איז זייער מקפיד אז חתן-כלה זאלן נישט רעדן און זיך נישט טרעפן, אבער מוהרא"ש האט מדריך געווען חתנים און כלות זיי זאלן יא רעדן.


מאך די ריכטיגע הכנות פאר דיין חתונה; עס קומט א גרויסער טאג, דער יום החופה ווען מען איז מוחל די חתן און כלה אויף אלע עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יז, א; הובא ברש"י בראשית לו, ג): "שְׁלֹשָׁה מוֹחֲלִים לָהֶן עֲוֹנוֹתֵיהֶן ... וְהַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה", פאר די דריי מענטשן איז מען מוחל אלע זייערע עבירות, איינע פון זיי - א חתן וואס האט חתונה; מען הייבט אן א פרישע בלעטעל אין לעבן.


זאלסט זיך באנייען, נישט קוקן וואס איז געווען נאר שטענדיג אנהייבן פונדאסניי. דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטש טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#36 - ווי אזוי קען איך זיין רואיג אז איך וועל נישט פאלן נאך די חתונה?
שידוכים, התחזקות, חתונה, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, קדושה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פארברענטע "בית פיגא" תלמידה, און איך האב פרייליכע נייעס פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז איך האב היינט געענדיגט די פינף און פופציגסטע מאל ספר תהלים, דאס איז כמנין כלה.


איך האב אנגעהויבן תהלים ארום א האלב יאר צוריק, נאכ'ן הערן אומצאליגע דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וועגן תהלים, ווייל נאר נאכ'ן הערן אזויפיל שיעורים האב איך געכאפט אז תהלים איז געמאכט געווארן אויך פאר מיר; יישר כח ראש ישיבה פאר'ן מיר געבן מיין בעסטע פריינט - מיין תהלים.


איך האב זיך אויך געוואלט באדאנקען פאר'ן מיך מאכן א נייע מענטש; איך הער נישט אויף הערן פון מיינע עלטערן שיחיו וויפיל נחת זיי האבן פון מיר, וויפיל מער צניעות'דיג איך בין געווארן, ווי איך העלף אזוי שיין אין שטוב און איך רעד איידל צו זיי און צו מיינע געשוויסטער.


איך שפיר זיך ווי א געהעריגע "בית פיגא" תלמידה; איך זאג יעדן טאג דעם תיקון הכללי, איך האב א שיעור אין ספר עצתו אמונה, איך טו אסאך הפצה און איך בין אלעמאל פרייליך; יישר כח ראש ישיבה.


ווען איך בין מקורב איז מיין משפחה געווען פייער קעגן מיין התקרבות, אבער ווען זיי האבן געזען די "נייע מיידל" וואס איז "געבוירן געווארן", האט זיך אלעס געטוישט; מיין טאטע האט מיר געבעטן איך זאל אויך רעדן צו מיינע ברידער די דיבורים וואס איך הער ביים ראש ישיבה.


און טאקע צוליב די אלע גוטע אויבנדערמאנטע זאכן האב איך אבער יעצט א שווערע פלאנטער אין לעבן. בנוגע מיין רוחניות'דיגע זייט שפיר איך זיך יעצט ממש אויפ'ן שפיץ בארג; איך טאנץ פאר שמחה יעדע מינוט אז איך בין א איד, אז איך האב תהלים, צניעות, שבת און פשטות יהדות, אזוי ווי איך לערן ביים ראש ישיבה שליט"א.


און אזוי ווי יעדע געזונטע מיידל - וויל איך חתונה האבן, אבער ס'איז געקומען א חשוב'ע לערערין ביי די סקול וואו איך לערן, א באקאנטע חסיד'ישע הויך שולע, און זי האט גערעדט צו אונז זייער שרעקעדיגע זאכן וועגן חתונה האבן.


זי האט למשל געזאגט אז אין רוחניות, כדי צו זיין הונדערט פראצענט גוט נאך די חתונה, דארף מען יעצט זיין צוויי הונדערט פראצענט; זי האט אונז געזאגט אז מיר זאלן קוקן אויף יונגע ווייבלעך ווי גלייך נאך די חתונה פאלן זיי אראפ, יעדער איינער לויט איר פריערדיגע דרגה, און איך האב געזען אז ס'איז טאקע ריכטיג. מיידלעך וואס פלעגן גיין לאנג אנגעטון און גערעדט איידל וכו' זענען געווארן מער מאדערן נאך די חתונה.


איך בין זייער דערשראקן געווארן און איך ווייס נישט וואס צו טון; איך וויל חתונה האבן אבער סאך מער וויל איך בלייבן ערליך, צניעות'דיג און איידל, איך וויל נישט אפלאזן די תהלים.


איך בין שוין אין די יארן פון שידוכים און איך שפיר אז איך וויל נישט חתונה האבן, איך וויל נישט אראפפאלן.


מיין קשיא ווערט גרעסער ווען איך הער פון דעם ראש ישיבה שליט"א אז נאך די חתונה קען מען זיין ערליך, אפשר איז דאס נאר ביי בחורים? איך זע קלאר ביי יונגע ווייבלעך אז נאך די חתונה ווערן זיי ווייניגער פרום, דער ראש ישיבה האט א תירוץ פאר מיר?


איך האב נאך א קשיא אויף וואס די לערערין האט געזאגט, זי האט דערציילט אז זי רעדט מיט אירע תלמידות וואס האבן חתונה געהאט און זי האט שוין זייער אסאך געהערט פון זיי אז די אלע שלעכטע זאכן וואס מ'האט געקוקט אין לעבן קומען ארויף פאר די אויגן בשעת די חופה און מ'קען נישט דאווענען און זיך אויסבעטן. זי האט דערציילט שרעקעדיגע מעשיות פון מיידלעך וואס האבן זיך געלערנט נייען פון גוי'שע ביכער און די אלע נישט צניעות'דיגע בילדער וואס זיי האבן דארט געזען, זענען זיי געשטאנען פאר די אויגן אין די הייליגסטע מינוטן אין לעבן, בשעת די חופה.


ווען זי האט עס דערציילט אין קלאס האבן מיידלעך פשוט אנגעהויבן צו וויינען; ברוך ה' איך קוק נישט קיין מאוויס, אבער איך האב אויך זאכן אין מיין קאפ וואס איך וואלט אוועקגעגעבן אלעס אויף די וועלט עס אויסצומעקן, אבער יעצט שטייען מיר די אלע בילדער פאר די אויגן און לאכן פון מיר, אז זיי בלייבן דא כדי ארויס צו טאנצן ביי מיין חופה צייט.


איך שפיר ווי איך ווער צעדרייט פון די צוויי פראבלעמען, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בעט דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זיין דער גוטער שליח מיר צו העלפן ווי שנעלער.


נאכאמאל, יישר כח פאר מיין לעבן.    

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך ווי איר שטארקט זיך מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות; איר זענט געווארן א נייע מענטש זייט איר הערט דעם רבינ'ס ווערטער. אייערע עלטערן פרייען זיך אז איר זענט אנגעקומען צו א גוטע פלאץ און זיי בעטן אייך איר זאלט אריין שלעפן די אנדערע געשוויסטער זיי זאלן אויך לעבן די שיינע לעבן.


יעצט אז איר האט געענדיגט די פינף און פופציגסטע מאל תהילים אזוי ווי עס באטרעפט דאס ווארט "כלה", זאל דער אייבערשטער העלפן איר זאלט טרעפן אייער שידוך שנעל און גיך, איר זאלט בקרוב ווערן א כלה.


אויף אייערע צוויי פראגעס וכו'; וואס די חשוב'ע רעבעצין ביי אייך אין סקול דערשרעקט די מיידלעך אז נאך די חתונה פאלט מען אין אידישקייט, דאס איז שקר וכזב, עס איז נישט אמת; אונזערע חכמים זאגן אנדערש פון די רעבעצין. די הייליגע חכמים זאגן (יבמות סב:) נאך די חתונה דעמאלט קען מען זיין פרייליך, דעמאלט קען מען זיין אפגעהיטן פון שלעכטס; און דער הייליגער זוהר זאגט אן א שיעור מאל אז דער אייבערשטער רוט נישט ביים מענטש נאר ווען מען האט חתונה (זוהר הקדוש פרשת ויצא, קמט ע"ב; ויקרא, ז ע"ב; ויקרא נט ע"א; ועוד).


דאס וואס איר שרייבט אז איר זעט קלאר אז די רעבעצין איז גערעכט, איר זעט ווייבלעך פאלן אין אידישקייט נאך די חתונה; דאס איז נישט די חתונה וואס מאכט זיי פאלן, דאס איז ווייל ביז די חתונה איז זייער גאנצע אידישקייט געווען א שפיל, מען שפילט פאר די לערערינס, מען שפילט ווי א איד פאר די עלטערן און נאך די חתונה קומט ארויס דער אמת'ער מענטש; עס ווערט אנטפלעקט וואס מען וויל זיין. ביי אסאך מיידלעך איז צניעות א זאך וואס מען וויל נישט, מען עקלט זיך פון גיין אנגעטון שיין און איידל, מען טוט דאס געצווינגענערהייט, דעריבער גלייך ווען מען האט חתונה, מען האט שוין נישט די פחד פון סקול, די פחד אז מען וועט ארויס ווארפן וכדומה - דעמאלט טוט מען זיך אן ווי אזוי מען האט שוין געוואלט גיין אלע יארן, דאס מאכט אויסזען אז חתונה האבן מאכט פאלן אין אידישקייט.


זאגטס פאר די רעבעצין וואס רעדט די שטותים צו די מיידלעך אז אנשטאט זאגן די מיידלעך אז חתונה האבן איז א שרעקעדיגע זאך וכו', זאל מען זען וואס פאסירט מיט אלע תלמידות נאך די חתונה, ווי זיי ווארפן אראפ פון זיך די צניעות און מען זאל טראכטן וועגן ווי אזוי מען קען אריין ברענגען אין די מיידלעך אז זיי זאלן וועלן זיין איידל; עס ווייזט זיך אויס אז די גאנצע סקול איז איין שטיק בלאף, די גאנצע סקול מיט אלע רעבעצין'ס איז נישט וואר, עס איז נאר א מיטל ווי אזוי מען קען דערשרעקן די קינדער מיט דעם וואס מען סטראשעט זיי אז מען וועט זיי נישט צוריק נעמען, אדער מיט אנדערע סארט פחדים, אז מען וועט נישט קיין כלה ווערן וכדומה.


די זעלבע שטותים רעדט מען צו בחורים אין ישיבות, מען זאגט פאר די בחורים: "א הייסער בחור איז א ווארעמער אינגערמאן, א ווארעמער אינגערמאן איז א קאלטער בחור וכו' וכו'"; דאס איז פארקערט פון די תורה, די תורה זאגט (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא שִׂמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא טוֹבָה", איינער וואס האט נישט חתונה געהאט האט נישט די אלע גוטע זאכן; נאך די חתונה, דעמאלט קען מען זיין ערליך. דאס וואס מען זעט אז אינגעלייט רייסן זיך אויף נאך די חתונה, זיי טוען נארישקייטן וכו' - דאס איז א סימן אז אלעס פון די בחורישע יארן איז געווען נאר לפנים, נאר פון פחד המשגיח, פחד הראש ישיבה - נישט פון פחד ה'; אלע עבודות איז געווען צו דינען די מגידי שיעורים, דינען דעם ראש ישיבה וכו' וכו'.


אויף די צווייטע פראגע וכו' וואס די רעבעצין דערשרעקט אייך און אלע מיידלעך וויינען וכו' וכו'; א רחמנות אויף די מיידלעך, וואס דארף מען זיי דערשרעקן? וואס דארף מען זיי מאכן וויינען? דאס וועט נישט העלפן, עס וועט נישט העלפן זיי זאלן אויפהערן קוקן מאווי"ס.


בנוגע אייערע מחשבות וכו'; מען קען זיך נישט קריגן מיט מחשבות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): דאס איז די טבע פון שלעכטע מחשבות, ווי שטארק מען וויל דאס פארטרייבן אלס שטערקער קומען זיי צוריק, אנשטאט זיך קריגן מיט א מחשבה דארף מען טראכטן פונעם אייבערשטן, אריין נעמען אין זיך אז אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז מלא כל הארץ כבודו, דורכדעם גייען די אלע מחשבות אוועק פון זיך אליינס. ווען מען חזר'ט אמונה ווערט ליכטיג, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל מג, ב): "וְהִנֵּה כְּבוֹד אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל בָּא מִדֶּרֶךְ הַקָּדִים, וְקוֹלוֹ כְּקוֹל מַיִם רַבִּים", יחזקאל הנביא דערציילט ווי ער האט געזען כביכול דעם אייבערשטן קומען אין די עזרה, עס האט זיך געהערט א רעש ווי וואסער שטורעמט, "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ", און פלוצלינג איז ליכטיג געווארן די גאנצע וועלט; ווען מען לעבט מיט'ן אייבערשטן ווערט ליכטיג, אמונה מאכט ליכטיג.


אז עס קומט אריין א שלעכטע מחשבה דארף מען נישט מורא האבן, מען דארף נישט ווערן אויסער זיך; אפילו אז מען טראכט א שלעכטע מחשבה אונטער די חופה ווערט נאכנישט אויס וועלט, מען ווערט נישט אויס הייליג, מען זאגט שטילערהייט: "אייבערשטער, זיי מיר מוחל וואס איך האב געקוקט, אייבערשטער נעם ארויס די שלעכטע זאכן פון מיר"; און שוין, מער פון דעם דארף מען נישט טון, מען בלייבט ריין און הייליג.


ווען מיידלעך האבן ליב דעם אייבערשטן, ווען מיידלעך טוען זיך אן שיין, רייך און איידל ווייל זיי האבן דאס ליב - וועלן זיי נאך די חתונה נישט פאלן, זיי וועלן נאך די חתונה אנהייבן לעבן א זיסערע לעבן, זיי וועלן האבן זייער מאן מיט וועם צו לעבן, זיי וועלן זיין הייליג און ריין.


מען דארף בעטן דעם אייבערשטן עס זאל בטל ווערן אלע עלטערע קלאסן פון סקול וואס לאזן נישט די מיידלעך חתונה האבן; מען האלט זיי אויף נאך א יאר און נאך א יאר מיט הבל הבלים, כאילו דאס איז דער דרך התורה. וועלן מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - ווי אזוי איז די ריכטיגע וועג צו שווימען בצניעות?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, צניעות, חסידות ברסלב, היכל הקודש, סקול, תלמיד, שווימען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס דארף איך ענטפערן פאר א מיידל וואס פאררופט זיך א תלמידה פון בית פיגא, און זי מאכט מיר כסדר משוגע מיט הצעות פון שידוכים, נאך וואס איך האב איר שוין אזויפיל מאל געענטפערט אז דער ראש ישיבה האט אונז אויסגעלערנט אז מיידלעך רעדן נישט צווישן זיך פון די נושא, אבער זי לאכט זיך אלץ אויס אז נישט דאס מיינט דער ראש ישיבה צו זאגן.


אויך וויל איך וויסן אויב איז א פראבלעם לויט די הלכה צו גיין דא אין ארץ ישראל צו די אפגעטיילטע פלאץ ביים וואסער [חוף הנפרד], אן שטרימפ און מיט קורצע ערמל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נישט יעדער איינער וואס פאררופט זיך א 'תלמידה בית פיגא' איז טאקע א תלמידה און נישט יעדער איינער וואס לערנט אין בית פיגא איז א תלמידה; די תלמידות זענען די וואס פאלגן וואס מען לערנט אין שולע.


ווי אזוי ווייסט מען ווער איז א תלמיד אדער א תלמידה? היינט איז דער א תלמיד און מארגן איז ער שוין אפגעקילט און איז א חסיד שנפל וואס דער רבי זאגט אויף דעם אז דאס איז ערגער פון אלעם (ליקוטי הלכות נזיקין הלכה ד, אות כז; שלוחין הלכה ה, אות יז; ראש חודש הלכה ז, אות נב); דעריבער איז נישט כדאי צו קוקן אויף אנדערע.


ווערטס נישט באגייסטערט פון אנדערע; נעמטס די שיעורים און לימודים פאר אייך, נעמטס דאס פאר אייער לעבן. איר מעגט זיך מחזק זיין מיט אנדערע מיידלעך וואס פאררופן זיך אויך אויפ'ן רבינ'ס נאמען, עס איז גוט צו האבן גוטע חבר'טעס, אבער ווערטס נישט נתפעל ווען איר זעט אז אנדערע טוען נישט און פאלגן נישט וכו' וכו'.


איר זאלט נישט רעדן מיט אנדערע פון שידוכים; עס איז זייער נישט איידל צו רעדן צווישן מיידלעך פון דעם בחור און פון יענעם בחור, עס איז קינדיש. אז מען טראכט פון א שידוך קען מען דאס מיטטיילן מיט די עלטערן אדער מיט די מנהלת וכו', אבער נישט צווישן מיידלעך.


אויף אייער פראגע צי מען מעג גיין אן שטרימפ און מיט קורצע ערמל ביים וואסער; עס ווענדט זיך אויב דאס איז אין א פארמאכטע פלאץ. אויב איז דאס אין א פארמאכטע פלאץ אזוי ווי די פלעצער וואו מען גייט שווימען - מעג מען גיין אן שטרימפ און מיט קורצע ערמל.


זייטס שטארק מיט אייער גוטע אויפפירונג; אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און האבן ערליכע קינדער. אזוי ווי דער רבי זאגט זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז א פרוי געבט אכטונג אויף צניעות וועט זי זוכה זיין צו גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - וועלכע סארט חתן זאל איך זוכן פאר מיין טאכטער?
שידוכים, שלום בית, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך זוך הילף אין שלום בית; מיין עלטסטע טאכטער איז אכצן יאר אלט, און איך מיט מיין ווייב האבן חילוקי דעות וואס פאר א סארט חתן מ'זאל זוכן.


מיין ווייב וויל א מאדערנער מיט א קנייטש הוט און קורצע רעקל, זי וויל ער זאל נישט זיין חסידיש און נישט צו פרום, זי זאגט אז חסידים זענען אלטמאדיש און נישט ערליך און נישט צושטעלט צו די היינטיגע צייט. איך וויל אבער א היימישן אינגערמאן וואס באלאנגט צו א חסידות אדער חבורה פון עובדי ה', און זוכט ווייטער זיך מחזק צו זיך און נישט ווערן א פארגרעבטער בעל הבית נאך זיין חתונה, איינער וואס ווארפט נישט ארויס דער מסורת אבות, איך וויל א יונגערמאן מיט א סאמעטענע הוט. וואס טוט מען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אויסטראליע.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי איז חסידישע קליידער זייער א גרויסע זאך; א סאמעטענע הוט איז זייער א שיינע מלבוש, און א שטריימל איז זייער א גוטע זאך, אבער נישט דאס איז קובע צי דער מענטש איז אן ערליכער איד אדער נישט. מען קען נעמען אן איידעם מיט א סאמעטענע הוט, מיט שטריימל בעקיטשע און מען קען מיינען אז דאס איז עפעס א חסידישער אינגערמאן, ביז דערווייל איז דאס סתם א פארשטעלאכץ (א קאסטיום); אינעווייניג איז מען אויסגעלאשן, אנגעפולט מיט זינד רחמנא לצלן. אזוי אויך קען מען טרעפן טייערע פלאם פייערדיגע אינגעלייט וואס לעבן מיט די תורה, לעבן מיט'ן אייבערשטן, זענען מדקדק אויף יעדע מנהג ישראל - אן דעם שטריימל און אן דעם סאמעטענעם הוט.


זי איז נישט גערעכט מיט דעם וואס זי רעדט שלעכטס אויף חסידישע אידן, אז מיר זענען נישט ערליך חס ושלום, אבער מיט'ן טענה'ען וועסטו אין ערגעץ נישט אנקומען, דו וועסט נאר ערגער מאכן.


פאלג מיר, לאז אפ די וויכוחים, קריג זיך נישט אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער; דו בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן דינעם דעם אייבערשטן, קינדער מיט אמונת צדיקים, קינדער צדיקים - וועט דער אייבערשטער מאכן גרויסע ניסים.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב; זאלסט קיינמאל נישט טענה'ען מיט איר. מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "מיט א ווייב טענה'ט מען נישט"; אנשטאט זיך אויפעסן דאס געזונט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן און דורך תפילה וועסטו אלעס באקומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - אפשר דאס וואס כ'האב געטשעפעט איינעם, שאדט פאר מיין שידוך?
שידוכים, סגולות, מדות טובות, תפלות אויף אידיש, טשעפען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך בין א 19 יעריגער בחור, דערווייל איז נאכנישט אנגעקומען מיין שידוך, און איך האב מורא אז דאס קומט פון אן הקפדה פון איינעם.


בערך א יאר צוריק האב איך זיך אונטערהאלטן אויף א בחור'ס חשבון, און ער איז פארשעמט געווארן אין פארנט פון עטליכע בחורים, ס'איז נישט געווען ממש ברבים, אבער ס'איז געווען דארט מענטשן וואס האבן דאס מיטגעהאלטן. איך האב אים איבערגעבעטן, כ'האב אים אויך געקויפט א טשאקאלאדע אים איבערצובעטן, און איך יעצט גוט מיט אים, אבער איך האב נאך א שולד געפיל פון דעם.


אויך אלס קינד האב איך געשטערט מיינע מלמדים, דאס איז געווען ווען איך בין געווען 8 יאר אלט.


וואס קען איך טון וועגן דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכים החודש, כ"ח אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט וויי צו טון א צווייטן און זיכער נישט יענעם פארשעמען; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "הַמַּלְבִּין אֶת פְּנֵי חֲבֵירוֹ בָּרַבִּים אֵין לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", ווער עס פארשעמט א צווייטן וועט נישט האבן קיין חלק אין עולם הבא; אזוי הארב איז פארשעמען א צווייטן. א שאד מען רעדט נישט צו קינדער אסאך פון די הארבקייט פון וויי טון א צווייטן.


אז מען האט איינעם פארשעמט, מען האט איינעם וויי געטון - דארף מען יענעם מפייס זיין, מען דארף איבער בעטן און זיך פארנעמען מער דאס נישט צו טון; אויב מען בעט יענעם איבער און מען איז מוחל דעמאלט איז מען יא א בן עולם הבא.


אז דו האסט יענעם איבערגעבעטן און ער האט דיר מוחל געווען, דארפסטו נישט זיין באזארגט. דער אייבערשטער איז מוחל ווען מען בעט יענעם איבער און מען האט חרטה אויף וואס מען האט געטון.


זאג יעדן טאג די קרבנות הנשיאים; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן די "קרבנות הנשיאים"; נאכדעם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געטון וואס דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זאל זאגן די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג. עס איז מיר זייער שווער צו זיין אליין, עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליין, איך וויל חתונה האבן וכו', וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - מעג איך זיך עקשנ'ען צו נעמען נאר א ברסלב'ע כלה?
שידוכים, חסידות ברסלב, סקול, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, דאס געבט מיר ממש לעבן.


איך הער כסדר ביי די שיעורים אז מ'זאל זיך נישט עקשנ'ען און מתפלל זיין אז מ'וויל דוקא א ספעציעלער שידוך, מ'זאל זיך נישט אזוי שטארק וועלן ביי א שידוך. איך בין א בחור און איך וואלט זייער שטארק געוואלט האבן א כלה פון די "בית פיגא ברסלב" סקול, ווייל איך וויל אויפשטעלן א שטוב אויף די וועג פון הייליגן רבי'ן, מעג איך זיך עקשנ'ען ביים אייבערשטן און מתפלל זיין אז איך וויל דוקא א כלה פון די ברסלב'ע שולע?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען בעט פאר א שידוך דארף מען בעטן דעם אייבערשטן בכלליות, מען זאל זוכה זיין חתונה צו האבן און ברענגען קינדער אזוי ווי דער אייבערשטער האט אונז באפוילן, מען זאל זוכה זיין צו בויען אן ערליכע שטוב און זוכה זיין צו ערליכע קינדער.


עס איז נישט כדאי זיך צו עקשן'ען דוקא אויף א תלמידה פון 'בית פיגא'; דער עיקר דארף מען בעטן אויף א ערליכע געזונטע מיידל מיט גוטע מידות. א מיידל וואס וויל לעבן א תורה'דיגע לעבן, א מיידל וואס וויל פירן א אידישע לעבן; וואס ווייסט א מענטש וואו זיין שידוך איז, אפשר איז די שידוך ערגעץ אנדערש? דו קענסט בעטן אז זי זאל לעבן מיט די עצות וואס מען לערנט אין בית פיגא און זי זאל זיך פירן אזוי ווי דער רבי לערנט אונז.


דאס ווייסטו דאך, אז נישט יעדער בחור וואס דריידט זיך אין ישיבה איז א תלמיד היכל הקודש, עס איז נישט גענוג זיך צו דרייען אין ישיבה אז מען זאל שוין אנגערופן ווערן א תלמיד היכל הקודש, מען דארף טון וואס מען לערנט אין היכל הקודש; אזוי אויך, נישט יעדע מיידל וואס דריידט זיך אין היכל הקודש ווערט פאררעכנט ווי א תלמידה וכו'.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, בעט אים יעדע זאך אויף דיין פשוט'ע שפראך, וועסטו זען ניסים.

#31 - ווען וועל איך שוין חתונה האבן?
שידוכים, לימוד התורה, בחור, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט זיך אזוי אוועק פאר מיר. זייט איך בין אריינגעקומען אין ישיבה האט זיך מיין לעבן געטוישט צום גוטן ממש מקצה אל הקצה.


אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א האב איך שוין זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס, 101 מאל מסכת תענית, 43 מאל מסכת ראש השנה, 18 מאל מסכת ברכות, 21 מאל ששה סדרי משנה, גאנץ נ"ך, תוספתא, ירושלמי ביז מסכת עירובין, 6 מאל ספר המדות, שיחות הר"ן, ספורי מעשיות, א חלק פון לקוטי מוהר"ן, חיי מוהר"ן, שבחי הר"ן און שיחות הר"ן.


יעצט האב איך צום ערשטן מאל זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ספר בראשית אויך מיט די רש"י'ס, איך לערן ב"ה יעדן טאג בית נצחי און שלחן ערוך. ס'איז נישטא די ווערטער זיך צו באדאנקען פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט מיט מיר.


פון די אנדערע זייט בין איך אבער זייער צעבראכן אז איך האב נאכנישט געטראפן מיין שידוך, איך פאל און איך פאל, ס'איז שווער צו זיין אליין, און איך שפיר אז איך האלט עס מער נישט אויס. איך בין גרייט פאר סיי וועלכע שידוך, נישט קיין חילוק וועלכע משפחה, וועלכע שטאט, וועלכע לבוש, איך וויל מער נישט ווארטן נאך איין טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט אזוי פלייסיג די הייליגע תורה אויפ'ן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); דו האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו וואו דו שרייבסט מיר דיינע סיומים.


גלייב אז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט בקרוב טרעפן דיין זיווג; דערהאלט זיך מיט דיין גאנצע כח, לערן ווייטער דיינע שיעורים כסדרן.


טייערער ברודער, האב נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן פארוואס דו האסט נאכנישט דיין שידוך, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פרקי דרבי אליעזר, פרק לו): "אלע שבטים, ווען זיי זענען געבוירן געווארן, זענען געבוירן געווארן מיט זיי זייער זיווג, חוץ יוסף הצדיק איז געבוירן געווארן אן א זיווג"; יוסף הצדיק וואלט אויך געקענט זיין צעבראכן און טראכטן: 'פארוואס האב איך נישט זוכה געווען צו מיין שידוך? אלע מיינע ברודער האבן שוין זייער שידוך', יוסף הצדיק האט געהאט ביטערע שווערע נסיונות און דאך האט ער זיך מחזק געווען. מען האט אים איינגעשפארט אין תפיסה פאר גארנישט און פאר נישט, ער איז געווען איינער אליין אין א פרעמדע לאנד וכו' וכו', מיט דעם אלעם האט ער זיך מחזק געווען, ער האט געטאנצן אין תפיסה און ער איז געווען לוסטיג און פרייליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ד, ז): אויפ'ן פסוק (תהלים לא, ח): "אָגִילָה וְאֶשְׂמְחָה בְּחַסְדֶּךָ וגו' - זֶה יוֹסֵף", עיין שם.


שטארק זיך ווייטער בלימוד התורה; עס איז נישט דא נאך א זאך וואס זאל מאכן דעם מענטש פרייליך און צופרידן - ווי לערנען תורה. דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם (עיין שיחות הר"ן, סימן יז): "איינמאל די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, וועסטו שוין גארנישט דארפן"; ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן דארף ער שוין נישט גארנישט; ער שפירט א צופרידנקייט אין לעבן און ער לעבט א פרייליכע לעבן, ווען ער האט אפאר איבעריגע מינוט נעמט ער א משניות, א גמרא וכו' און איז גורס פרקים משניות און דפים גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - ווי אזוי טרעפט מען א שידוך ביי די פערציג יאר?
שידוכים, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין לעבן איז מיר ממש אינגאנצן צעריסן און צעפליקט. איר זענט נאך אזוי יונג און איר האט שוין זוכה געווען חתונה צו מאכן א זון, און איך בין שוין פערציג יאר אלט און איך האב נאכנישט חתונה געהאט.


ווען איך בין געווען יונג האב איך זיך זייער געקלויבט שידוכים, איך האב אפגעזאגט יעדע שידוך, קיין איין שידוך איז מיר נישט געפאלן. מיינע עלטערן האבן אזוי שטארק געוואלט אז איך זאל חתונה האבן, אבער איך האב זיך נישט געקענט אויסקלויבן א גוטן שידוך, און יעצט זענען שוין מיינע עלטערן נפטר געווארן, און מיין הארץ גיסט בלוט אז איך האב זיי אזוי שטארק מצער געווען, אז איך האב נישט חתונה געהאט ווען זיי האבן נאך געלעבט.


פון אינדרויסן זע איך אויס ווי א געלונגענער מענטש, איך זע אויס פיל יונגער ווי איך בין באמת, אבער אינעווייניג איז מיין הארץ צעשניטן און צעריסן פון יסורים, איך בין זייער צעבראכן, און איך קען נישט אויפהערן צוריק טראכטן פון די טעותים וואס איך האב געמאכט אין לעבן.


דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז זייענדיג אין אומאן האט מיר א מפיץ געגעבן צוויי קונטרסים פון מוהרא"ש, "ישועתך קרובה" און "תפסיקו לדאוג", און די קונטרסים זענען ממש מיין לעבן, אן דעם וואלט איך שוין זיכער געכאפט א הארץ אטאקע. ס'איז מיר אינטערעסאנט אז דוקא די קונטרסים וואס איך האב אזויפיל חוזק געמאכט און גערעדט קעגן דעם, דוקא דאס זענען מיר יעצט אזוי שטארק מחזק אין לעבן, איך דארף זיכער גיין צו מוהרא"ש'ס ציון אים איבערצובעטן.


איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר זאגן וועלכע נאך קונטרסים פון מוהרא"ש קענען מיר מחזק זיין, איך דארף האבן חיזוק אנצוגיין און מצליח צו זיין אין לעבן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אזויפיל געשריבן פאר בחורים און מיידלעך אז זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון דעם פיינט וואס רופט זיך: "צייט", אזוי ווי עס גייט דער מאמר החכם: "הִזָּהֵר מִן הַזְמַן כִּי הוּא אוֹיֵב רָע מְּאֹד", מען זאל אכטונג געבן אויף די צייט איר צי היטן ווייל עס גייט אריבער זייער שנעל, און אז מען וויל נישט אוועק לייגן די גאוה, נאר מען קלויבט זיך און מען קלויבט זיך, - ביז מען כאפט זיך איז מען שוין פארעלטערט וכו'.


ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען געדענקען וואס חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה וועסטו טרעפן דיין שידוך; בדרך כלל איז א מענטש א בעל גאוה וכו', עס פאסט אים נישט צו נעמען שידוכים וואס מען טראגט אים אן און ער מאכט אלעס אוועק זאגנדיג: 'איך דער גרויסער חכם וועל נעמען דאס?!' 'איך דער שיינער מענטש, דער קלוגער מענטש וועל חתונה האבן מיט אזאנס?!' אזוי דרייט מען זיך ארום וכו' זוכנדיג א שידוך וואס איז נאך נישט געבוירן געווארן; מען זוכט און מען זוכט, מען גייט ארויס זיך טרעפן וכו' אלץ מיט די כוונה אז אפשר וועט מען טרעפן א כלה וואס וועט קומען צו רייטן אויף א ווייסע פערד מיט אנגעפילטע זעק מיט געלט וכו', מען ווארט עס זאל געבוירן ווערן אזא פארשוין און מען כאפט נישט אז ביז דערווייל גייט אריבער אסאך צייט, און פלוצלינג דערזעט מען זיך פארעלטערט...


אז מען טראגט דיר אן א שידוך זאלסטו גלייך נעמען דעם שידוך און אויפשטעלן דורות, מקיים זיין דעם ווילן פונעם אייבערשטן וואס האט אונז געהייסן חתונה האבן און ברענגען קינדער. אז מען האט נישט חתונה איז דאס זייער א שרעקליכע זאך, דער מחבר הייבט אן די ערשטע סעיף אין חלק אבן העזר פון שלחן ערוך מיט די הלכה: "חַיָיב כָּל אָדָם לִישָּׂא אִשָּׁה כְּדֵי לִפְרוֹת וְלִרְבּוֹת", יעדער איד איז מחיוב חתונה צו האבן מיט א פרוי כדי צו האבן קינדער, "וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ עוֹסֵק בִּפְרִיָּה וּרְבִיָּה כְּאִלּוּ שׁוֹפֵךְ דָּמִים וּמְמַעֵט אֶת הַדְּמוּת", און ווער עס האט נישט חתונה, ער איז נישט מקיים די מצוה פון פריה ורביה איז אזוי ווי ער וואלט ווען גע'הרג'ט מענטשן און פארגאסן זייער בלוט, "וְגוֹרֵם לַשְּׁכִינָה שֶׁתִּסְתַּלֵּק מִיִּשְׂרָאֵל", און ער ברענגט אז די שכינה זאל נישט זיין מיט די אידן; חוץ פון דעם וואס עס פעלט אים די אלע גוטע זאכן וואס מען איז זוכה ווען מען האט חתונה, אזוי ווי דער רמ"א זאגט דארט: "וְכָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא בְּרָכָה בְּלֹא תּוֹרָה כוּ', וְלֹא נִקְרָא אָדָם, וְכֵיוָן שֶׁנָּשָׂא אִשָּׁה עֲוֹנוֹתָיו מִפַּקְפְּקִים שֶׁנֶּאֱמַר (מִשְׁלֵי יח, כב) מָצָא אִשָּׁה מָצָא טוֹב וַיָּפֶק רָצוֹן מֵאֵת ה'".


אז דו האסט מבזה געווען א צדיק וואס האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן פאר'ן אייבערשטן און פאר אידישע קינדער, דו האסט חוזק געמאכט און גערעדט אנטקעגן אים, דארפסטו תשובה טון תשובת המשקל, נעמען די קונטרסים און ספרים און דאס פארשפרייטן פאר אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - אפשר געבט איר מיר חיזוק צו נעמען נאר א אידישע שידוך?
שידוכים, התחזקות, חתונה, קדושה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ארבעט פאר פרנסה אין ווייטע לענדער, אויף פלעצער וואו ס'געפונען זיך כמעט נישט קיין אידן, די איינציגסטע קשר וואס איך האב מיט אידישקייט איז נאר וואס איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה.


איך בין אן עלטערער בחור, און אסאך מאל גלוסט מיר פשוט אוועקצואווארפן דאס גאנצע אידישקייט, און חתונה האבן דא מיט א גוי'טע רחמנא ליצלן, ווי אזוי קען איך האבן חיזוק זיך צו דערהאלטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך מיט דעם וואס דער אייבערשטער האט דיר באשאפן מזרע ישראל. ווען א מענטש איז פרייליך ווערט אים ברייט זיין מח מחשבה, אזוי ווי עס ווערט געברענגט (תיקוני זוהר דף סז.): אז 'מחשבה' איז די זעלבע אותיות פון 'בשמחה'; דאס הייסט אז ווען מען איז פרייליך קען מען קאנטראלירן דעם מח צו וויסן דאס גרויסקייט פון זיין א איד.


ווען א מענטש שטארקט זיך צו זיין פרייליך היט אים דער אייבערשטער אליינס אפ פון אלעם שלעכטס און דאס איז א שמירה קעגן פגם הברית, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", אז איך פריי זיך מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט: 'יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ' – איז מער נישט דא קיין עבירות (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט).


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך וועסטו נישט האבן די מחשבות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת - מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח צו וויסן וואס מען האט צו טון אויף די וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ. רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ; כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת, בִּבְחִינַת: "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם, אזוי קומט מען צו ישוב הדעת און מען ווערט אן ערליכער איד.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך בקרוב און לעבן א אידישער לעבן. קלאפ דיר ארויס פון קאפ צו חתונה האבן מיט א גויה וואס דורכדעם רייסט מען זיך אפ פון כלל ישראל. עס איז נישט דא נאך אזא הארבע עבירה ווי חתונה האבן מיט א גויה רחמנא לישזבן, וואס מיט דעם רייסט מען זיך אפ פון כלל ישראל אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (סנהדרין פב.): "הַבָּא עַל הַגּוֹיָה חַיָּב עָלֶיהָ מִשּׁוּם נִדָה שִׁפְחָה גּוֹיָה זוֹנָה, וּכְאִלּוּ הִתְחַתֵּן עִם עֲבוֹדָה זָרָה, וכו'", ווער עס האט חתונה מיט א גויה איז אזוי ווי ער האט חתונה מיט עבודה זרה אליינס און ער איז עובר אויף נאך אסאך הארבע עבירות. נאך זאגן די הייליגע חז"ל (סוטה ג:): "רֶבִּי אֱלִיעֶזֶר אוֹמֵר קְשׁוּרָה בּוֹ כְּכֶלֶב", מען בלייבט צוגעקלעבט מיט איר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#28 - איך פאל כסדר, זאל איך פארן קיין אומאן?
אומאן, שידוכים, עבירות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אן עלטערער בחור וואס האט נאכנישט זוכה געווען צו טרעפן א שידוך, איך זאג יעדן טאג קרבנות הנשיאים און איך בעט און איך האף אז איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין שידוך בקרוב.


מיין יצר הרע איז זייער גרויס, וויפיל מאל איך זאג צו פאר'ן אייבערשטן אז איך גיי שוין זיין וואויל, פאל איך ווייטער צוריק אין פגם הברית רחמנא ליצלן, אבער אין די לעצטע צוויי יאר האב איך זיך אנגעהויבן מחזק זיין מיט די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך פרוביר זיך אנצוכאפן אינעם סדר דרך הלימוד, נאר מיט דעם קען איך זיך אביסל מחזק זיין.


יעצט ווען מ'דערנענטערט זיך צו ראש השנה, האב איך גרויס חשק צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף אומאן, מיין פראבלעם איז אבער אז איך האב מורא אז אויך דארט וועט זיך מתגבר זיין אויף מיר דער יצר הרע, און איך וועל נאר זוכן וואו צו טון עבירות רחמנא ליצלן. און אפילו איך וועל פארן די לעצטע מינוט און צוריק קומען גלייך נאך יום טוב, ווייס איך נישט צי דאס וועט מיר העלפן, ווייל דער יצר הרע ברענט אין מיר זייער שטארק.


וויל איך וויסן צי איך זאל נישט קוקן אויף גארנישט נאר פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה, אדער זאל איך ענדערש בלייבן אינדערהיים?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל דיין פראגע? אודאי זאלסטו קומען קיין אומאן אויף ראש השנה! וועט דיר דער רבי מתקן זיין אויף אלעס וואס דו האסט פוגם געווען.


דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּראשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן". ראש השנה קען איך יעדן איינעם העלפן, אפילו מענטשן וואס איך קען זיי נישט מתקן זיין א גאנץ יאר, "אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּראשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת".


ראש השנה איז א צייט וואס מען קען זוכה זיין צו געהאלפן ווערן מיט וואס מען דארף נאר; חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס גרויסע ניסים וואס האט אלץ פאסירט אום ראש השנה (ראש השנה יא.) ראש השנה זענען די אמהות - שרה אמינו, רחל אמינו און חנה נפקד געווארן מיט קינדער, איז דאס א צייט פאר אונז אלע אויס צו פועל'ן קינדער, ערליכע קינדער און צו שעפן נחת פון די קינדער. חנה – די מאמע פון שמואל הנביא איז געהאלפן געווארן ראש השנה נאר ווייל זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (שמואל-א א, יב): "וְהָיָה כִּי הִרְבְּתָה לְהִתְפַּלֵּל לִפְנֵי ה'", חנה האט אסאך געדאוונט צום אייבערשטן פאר קינדער ביז זי איז געהאלפן געווארן; זעט מען פון דעם אז דורכ'ן דאווענען און בעטן אסאך דעם אייבערשטן ווערט מען געהאלפן.


ראש השנה איז יוסף הצדיק ארויס פון תפיסה; איז דאס א צייט וואס יעדער איינער קען זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע תפיסה, פון די הענט פון די קליפות וואס ווארפן אים אראפ אין עבירות, אזוי ווי יוסף הצדיק איז ארויס פון זיין תפיסה.


ראש השנה האט זיך אויפגעהערט די ארבעט פאר די אידן אין מצרים; דערפאר קען מען פועל'ן פרנסה בניקל, מען זאל נישט דארפן ארבעטן אזוי ביטער שווער, אזוי ווי די שיעבוד מצרים האט זיך אויפגעהערט ראש השנה.


קום קיין אומאן, דארט ביים רבינ'ס ציון וועסטו פועל'ן דיין שידוך; דארט ביים ציון וועסטו זוכה זיין צו תשובה שלימה און תיקון המעשים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#27 - איז דא נאך סגולות א חתן צו ווערן?
שידוכים, יבנאל, סגולות, בחור, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון אכצן יאר, איך האב געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער די סגולה פון מוהרא"ש צו זאגן פערציג מאל גאנץ מסכת תענית פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, עס איז מיר אבער זייער שווער דאס צו טון אן אויסלאזן איין טאג, איך וויל אבער זייער שטארק א חתן ווערן, איז דא עפעס אנדערע סגולות צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביז'ן סוף, (די קריאה פון חנוכה). נאכדעם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט וואס דער הייליגער רבי זאגט, איך האב געזאגט די קרבנות הנשיאים; העלף מיר אייבערשטער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, און עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


אז דו קענסט זיך אריבער כאפן קיין יבניאל אויסזאגן תהלים ביים ציון פון  מוהרא"ש ציון וועסטו זוכה זיין צו די הבטחה וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מען זעט אפענע ניסים און ישועות ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים צו טרעפן זייער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#26 - וואס זאלן מיידלעך טון אנשטאט די סגולה פון מסכת תענית?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל וואס איז זיך מחזק מיט די שיעורים, א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט צו די בחורים ביי די שיעורים איבער די סגולה פון מוהרא"ש פאר די בחורים אז זיי זאלן לערנען מסכת תענית יעדן טאג אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, און אין דעם זכות וועלן זיי טרעפן זייער שידוך. וויל איך וויסן וואס מיידלעך קענען טון צו האבן די סגולה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מוהרא"ש האט געגעבן א סגולה פאר די בחורים זומער שנת תשע"א, ער האט געזאגט: "איך זאג צו פאר אלע בחורים וואס זענען זיבעצן יאר און העכער, יעדער בחור וואס וועט יעדן טאג לערנען גאנץ מסכת תענית - פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, זאג איך צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך גלייך נאך ראש השנה"; איר פרעגט וואס זאלן מיידלעך טון פון ט"ו באב פאר א סגולה צו טרעפן זייער שידוך.


זעט צו זאגן יעדן טאג אביסל תהילים; אז איר קענט זאגן דעם יום תהילים יעדן טאג איז נאך בעסער, אבער אז איר קענט נאר זאגן אביסל זאגטס וויפיל איר קענט.


אלע ישועות ליגן אין תהילים; אייער שידוך וועט קומען בזכות די קאפיטלעך תהלים. דער וואס זאגט תהילים ווערט זיין אמונה געשטארקט; עס ליגט א גרויסע קדושה אין די ווערטער פון תהילים און ווען מען זאגט תהילים איז אזוי ווי דוד המלך אליינס האט דאס געזאגט.

#25 - איך בין אן עלטערער בחור, און איך האב נישט מיט וועמען זיך צו חבר'ן
שידוכים, סגולות, חברים, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, פון וואס איך שעפ אזויפיל חיות טאג איין טאג אויס. ובפרט פון די חיזוק צו רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש אין יעדן מצב.


איך האב געוואלט פרעגן, איך לערן אין א ישיבה, אבער איך בין זייער נישט צופרידן דארט פאר אסאך סיבות. מיר זענען א גרופע פון עלטערע בחורים, און רוב בחורים מיט וועמען איך לערן איז נישט אזוי גוט זיך צו חבר'ן מיט זיי, און די ביסל וואס זענען יא גוט זענען נישט אזעלכע נארמאלע בחורים, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


פון איין זייט וויל איך לערנען אין א נארמאלע ישיבה מיט נארמאלע בחורים, און די יעצטיגע ישיבה איז נישט אזוי, אבער אויב וועל איך גיין ארבעטן ווייס איך אז דאס וועט נישט טויגן פאר מיר, איך וועל זיכער פאלן פון דעם.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן אן עצה וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך דערהאלטן מיט אלע דיינע כוחות צו בלייבן ערליך און ווער נישט צעבראכן אז דו האסט נאך נישט דיין שידוך, נאך אביסל וועסטו זוכה זיין א חתן צו ווערן און אנהייבן לעבן א ערליכע לעבן; טו די סגולות וואס דער רבי זאגט, אז אויב מען טוט דאס וועט מען זוכה זיין צו טרעפן א שידוך.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף - די קריאה וואס מען ליינט חנוכה. ווען דו ענדיגסט דאס זאגן זאלסטו זיך מתבודד זיין אויף דיין שפראך, זאלסט בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט דעם הייליגן רבי'ן און געזאגט קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג. עס איז מיר אזוי שווער צו זיין איינער אליינס, עס איז מיר שווער צו זיין א בחור א פלג גוף, איך וויל זיין ערליך, עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א בחור וואס האלט זיך ערליך; דער אייבערשטער אליינס זאגט עדות אויף אים אז דאס איז א זאך וואס איז נישט דא אין דער וועלט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיג.): "שְׁלֹשָׁה מַכְרִיז עֲלֵיהֶן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בְּכָל יוֹם וכו'", דער אייבערשטער איז מכריז אין הימל אויף בחורים וואס האלטן זיך ערליך; ווער רעדט נאך ווען מען שמועסט זיך אויס דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן, מען בעט אים א שידוך; פון דעם ווערט א גרויסע רעש אין הימל ביז מען איז זוכה און מען ברענגט אים זיין שידוך.


בנוגע דיין שאלה מיט חברים וכו'; איך בעט דיר זייער, אנטלויף פון די חברים וואס רעדן ניבול פה און גייען אין שלעכטע פלעצער השם ישמרינו, מיט דעם וואס דו וועסט נישט רעדן קיין ניבול פה וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב, און פארקערט אויך, אז מען רעדט ניבול פה באקומט מען א שטראף אז מען טרעפט נישט קיין שידוך, אזוי זאגט דער הייליגער מהרש"א (כתובות ח: דיבור המתחיל "על כן על בחוריו): "שֶׁהָעוֹנֶשׁ מִדָּה כְּנֶגֶד מִדָּה, לְפִי שֶׁהַבַּחוּרִים מְנַבְּלִים פִּיהֶם וכו', יָבֹא לָהֶם הָעֹנֶשׁ בְּבַחוּרִים הַמַּגִּיעִים לְפֶרֶק הַחֻפָּה שֶׁלֹא יִשְׂמְחוּ בָּהֶם", דער אייבערשטער שטראפט מדה כנגד מדה; אויב בחורים רעדן ניבול פה רחמנא לצלן וועלן זיי נישט זוכה זיין זיך צו פרייען ביי זייער חופה, עיין שם.


ענדערש חבר זיך מיט די בחורים וואס הייסן נישט נארמאל ווי איידער צו האבן שייכות מיט די קלוגע בחורים וואס רעדן פון עבירות; געדענק וואס דער הייליגער תנא עקביא בן מהלל האט געזאגט פאר די חכמים (עדיות ה, ו): "מוּטָב לִי לְהִקָּרֵא שׁוֹטֶה כָּל יָמַי, וְלֹא לֵעָשׂוֹת שָׁעָה אַחַת רָשָׁע לִפְנֵי הַמָּקוֹם", איך וועל ענדערש זיין א שוטה מיין גאנץ לעבן ווי צו זיין פאר איין מינוט א רשע פארן אייבערשטן; שלעכטע חברים קענען אומגליקליך מאכן דעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים און דו זאלסט טרעפן דיין זיווג הגון בקרוב.

#24 - ס'איז ממש א גיהנום ביי אונז אינדערהיים, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
שידוכים, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, תפילה והתבודדות, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און איך לעב אין זייער א שווערע מצב. מיין טאטע קריגט זיך זייער אסאך מיט מיין מאמע, ער ווארפט זאכן אויף איר, ער זאגט איר מיאוס'ע ווערטער און פארשעמט איר, ער זוכט ממש מיט לעכט ווי אזוי ער קען איר מער און מער וויי טון. מיין מאמע וויינט א גאנצן טאג, עס איז איר נמאס דאס לעבן, אזוי ווייט אז זי מאכט סגולות פאר פערציג טעג אז זי זאל שוין שטארבן רחמנא ליצלן.


למעשה איז נישטא קיין לופט אין שטוב, גארנישט ווערט געטון, און אלעס פאלט נאר אויף מיינע פלייצעס. איך בין נישט מער פון זיבעצן יאר, און איך האב אלעס געדארפט אליין פסח'דיג מאכן פאר פסח, און איך ווייס אז די הויז איז נישט געווען הונדערט פראצענט פסח'דיג, אבער וויפיל קען איך דען טון אליין?


איך דארף ליבשאפט, אבער מיין טאטע רעדט צו מיר ווי א נאצי, מיט א געפערליכע שנאה, מיט ווערטער וואס שטעכן מיר אין די נשמה אריין.


אסאך מאל שפיר איך אז ס'איז ממש עק וועלט, אבער דאן הער איך א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס געבט מיר צוריק אביסל לופט צו אטעמען.


דער ראש ישיבה שליט"א געבט עצות פאר אזעלכע מענטשן ווי מיין טאטע ווי אזוי זיי זאלן קענען זיך צוריק שטעלן אויף די ריכטיגע וועג, אבער איך דארף אן עצה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אזעלכע מענטשן ווי מיין טאטע.


אויך האב איך געוואלט וויסן אויב ס'איז א ריכטיגע זאך זיך אליין צו געבן גוטע ווערטער און קאמפלימענטס, ווי למשל אז איך בין שיין און אז איך קען גוט קאכן, און אזוי ווייטער.


אויך וויל איך וויסן, אזוי ווי איך האב זיך געמאכט א תפלה צעטל אויף א חתן, און איך האב אריינגעשריבן אלע קליינע דעטאלן וואסערע סארט חתן איך וויל האבן, איינער האט מיר אבער געזאגט אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג, נאר מ'דארף בעטן, "באשעפער געב מיר וואס ס'איז גוט פאר מיר", וויל איך וויסן וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג.


נאך איין שאלה, איך קען נישט אינזין האבן ווען איך דאווען, זאל איך דאווענען בלויז מיט'ן זאגן די ווערטער אן טראכטן? אדער איז דאס גארנישט ווערד?


ביטע זייט מתפלל פאר מיר, אויך אין אומאן, ווייל איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות נישט אויפצוגעבן. העלף ווייטער אין שטוב מיט וואס מען דארף, פארליר זיך נישט און געב נישט אויף דיין לעבן. נאך אביסל וועסטו מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף טרעפן דיין שידוך, דו וועסט חתנה האבן און האבן א שטוב מיט קינדער. אז דו וועסט ווייטער מכבד זיין דיינע עלטערן וועלן דיינע קינדער דיר אויך מכבד זיין און ברענגען נחת.


איך מוז דיר זאגן אז דעם רבינ'ס וועג איז נישט בעטן אויף שטארבן השם ישמרינו, אנשטאט מאכן תפילות און סגולות מען זאל שוין שטארבן חס ושלום דארף מען מאכן תפילות אז אלע זאלן תשובה טון. טו וואס ברוריה - די ווייב פון דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס - האט געטון ווען מען האט איר געפייניגט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות י.) אז דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס האט געהאט צו טון מיט שלעכטע מענטשן וואס האבן אים געפייניגט, ביז דער הייליגער תנא האט שוין נישט אויסגעהאלטן פון זיי האט ער געבעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן שטארבן, האט אים זיין ווייב – ברוריה – געזאגט: "פארוואס דאוונסטו זיי זאלן שטארבן, ענדערש בעט דעם אייבערשטן זיי זאלן תשובה טון!" דער הייליגער תנא רבי מאיר האט אנגענומען זיין ווייב'ס ווערטער און ער האט אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן אויף די שלעכטע מענטשן אז זיי זאלן תשובה טון און זיי האבן תשובה געטון.


בנוגע אז קיינער געבט דיר נישט קיין גוטע ווערטער וכו'; געב א קוק וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט פון זיינע יונגע יארן ווען ער האט זיך שטארק געמוטשעט צו דינען דעם אייבערשטן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, 'יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה' בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ", אז אויב וואלט ער געהאט איינעם וואס זאל אים זאגן אין זיינע יונגע יארן ווען ער האט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן: "אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ", ברודער שטארק זיך און דערהאלט זיך, "הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", וואלט ער זוכה געווען צו טון אסאך מער אין עבודת השם, "כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל", ווייל אויף אים איז אויך אריבער שווערע ביטערע נסיונות, ער האט געשפירט ביי זיך ווי קיינער דארף אים נישט, "וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", און קיינער האט אים נישט געגעבן קיין שום חיזוק ווערטער.


טו אלעס אויף דער וועלט זיך אויפצוהייבן; אז דאס וועט דיר פרייליך מאכן - ווען דו זאגסט זיך אליינס גוטע ווערטער - זאלסטו דאס טון. טו אלעס אבי צו זיין פרייליך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", מען דארף זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל", מען זאל זיך פרייליך מאכן מיט וואס מען קען נאר, "וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", אפילו מיט נארישקייטן - אבי צו זיין פרייליך.


בעט ווייטער דעם אייבערשטן אז דו זאלסט טרעפן א שידוך און בעט אויף אלע איינצעלהייטן וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך מיט אלע מעלות טובות, דער עיקר זאלסטו בעטן אויף אן ערליכער מאן מיט גוטע מידות און פאר קינדער און אייניקלעך ערליכע אידן. דאס דארף זיין דער עיקר תפילות פון א אידישע פרוי, זי זאל זוכה זיין צו ברענגען קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט.


מיט תפילה וועסטו אלצדינג פועל'ן; קוק נישט אויף דאס וואס דער יצר הרע זאגט דיר אז דיין דאווענען איז נישט ווערד ווייל דו האסט נישט אינזין, דו דאווען ווייטער צום אייבערשטן, בעט אים אויף דיין מאמע לשון אזוי ווי דו רעדסט צו א חברט'ע, וועסטו זוכה זיין ארויסצוגיין פון אלע פראבלעמען און טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - ווי אזוי לאז איך זיך אפ פון א שלעכטן חבר?
שידוכים, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו ס'איז נישט פארהאן קיין ליבשאפט, אלץ איז אנגעצויגן און נערוועז, און איך קען שוין קוים ווארטן חתונה צו האבן און זיך ארויסזען פון מיינע עלטערנ'ס הויז, דער פראבלעם איז אבער אז איך האב נאך עלטערע געשוויסטער, און מיינע עלטערן וועלן זיך זייער שטארק.


לעצטנס האב איך זיך אויף אן אופן באפריינדעט מיט א געוויסער אינגערמאן, דרייצן יאר עלטער פון מיר. איך ווייס אז דאס איז נישט ריכטיג, איך ווייס אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן, און איך ווייס אז דאס איז אן עוולה קעגן זיין ווייב און קינדער, אבער פאקטיש איז ער דער איינציגסטער מענטש וואס רעדט שיין צו מיר, וואס פארשטייט מיר, און וואס איז אינטערעסירט אין מיר.


איך וועל אים אבער אפלאזן, ווייל דאס איז די ריכטיגע זאך וואס איך דארף צו טון, איך וויל אבער לכבוד דעם באקומען א צוזאג אז איך וועל שנעל טרעפן א גוטע שידוך, און איך וועל האבן אן אמת'ע שלום בית, מיט אמת'ע ליבשאפט.


ביטע געב מיר חיזוק זיך צו קענען האלטן שטארק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קדושים, א' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך האלטן שטארק. לאז אפ דעם מענטש מיט וועם דו האסט זיך באפריינדעט וכו' וואס איז עלטער פון דיר מיט דרייצן יאר און קען באלד זיין דיין טאטע. אפילו ער זעט דיר אויס צו זיין א פיינער מענטש איז דאס נישט פאר דיר; לאז אים זיין מיט זיין ווייב און קינדער, רעד נישט מיט אים און האב נישט גארנישט צוטון מיט אים.


עס זענען דא אסאך פיינע מענטשן און עס זענען דא אסאך גוטע מענטשן, דאס מיינט נישט צו זאגן אז דו זאלסט זיך באפריינדן מיט יעדן וואס רעדט שיין וכו'. איך בעט דיר זייער געב זיך אכטונג, דו ביסט נאך יונג און דו הייבסט יעצט אן דיין לעבן, איז א שאד פאר דיר דו זאלסט אריין פאלן אין א נעץ. דו ווייסט דאך אז: "ליבשאפט מאכט בלינד", מען קען נישט טראכטן וואס איז ריכטיג; בעט איך דיר לאז אים אפ.


אז דו וועסט אפלאזן דעם מענטש זאג איך דיר צו אז דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב ווי דו וועסט באקומען אמת'ע ליבשאפט.

#22 - בין איך אפשר ארויסגעפאלן פון די ליסטע פון שידוכים?
שידוכים, סגולות, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 21 יאר, און איך בין שוין אינגאנצן מיואש, איך גלייב נישט אז איך וועל נאך אמאל א חתן ווערן. יעדן צווייטן טאג ווערן נאך א בחור אין מיין ישיבה א חתן, בחורים וואס זענען א יאר צוויי יונגער פון מיר, און נאר איך בלייב זיצן אין ישיבה. איך ווייס אז אלעס איז באשערט פון הימל, אבער איך שפיר אז איך בין עפעס ארויסגעפאלן פון די ליסטע פון שידוכים.


איך בין זייער צעבראכן, א טאג וואס מיין חברותא קומט נישט, בלייב איך שלאפן ביז חצות און איך דאווען ביחידות. בעצם בין איך א גוטער בחור, און איך קען זיך אליין נישט גלייבן אז איך בין אנגעקומען צו אזא מצב, כ'האב נישט גע'חלומ'ט אז איך וועל אנקומען צו דעם. פון אינדרויסן דערקענט מען גארנישט אויף מיר, אבער אינעווייניג בין איך צעבראכן אינגאנצן, איך האב נישט קיין טעם אין מיין לעבן.


איך האב געהאט לעצטנס אפאר נסיונות צו קוקן מאוויס און איך האב זיך ב"ה איינגעהאלטן. איך ווייס אז יעדעס מאל איך האלט זיך איין פון צו טון עבירות בין איך אין די מדריגה פון יוסף הצדיק, אבער דאס באפרידיגט מיר נאכנישט, איך האב אזוי סאך נסיונות יעדן טאג און איך האלט עס מער נישט אויס, מאין יבוא עזרי?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט דיין לערנען און דאווענען און אזוי ווייטער; וויסן זאלסטו אז יעדער איינער האט א שידוך, דו וועסט אויך א חתן ווערן, מען דארף נאר האבן אסאך סבלנות אויס צו ווארטן ביז דער אייבערשטער העלפט.


טו די סגולה וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים"; פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף, וואס דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה (עס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה, קריאה לחנוכה), און ווען דו ענדיגסט זאגן די "קרבנות הנשיאים", בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג אינעם זכות וואס איך האב געפאלגט דעם הייליגן רבי'ן און געזאגט די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין איינער אליין - א פלג גוף, און עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'"; אזוי זאלסטו זיך אויסוויינען יעדן טאג צום אייבערשטן, אים בעטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכמאל ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר שוין באגליקן מיט דיין שידוך.


דער עיקר בעט איך דיר זייער, זאלסט זיך שטארקן און נישט ווערן צעבראכן ווען דו זעסט אז עס גייט אריבער נאך א טאג און נאך א טאג און עס ריקט זיך גארנישט; דו טראכסט כל מיני מחשבות וואס וועט זיין, 'אפשר וועל איך שוין אזוי בלייבן', 'ווער וועט מיר נעמען?' – און אזוי ווייטער, די אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין אלע בחורים.


אלע בחורים טראכטן דאס פאר זיי טרעפן זייער שידוך, אבער דו טראכט נישט אזוי; טראכט גוט, ווארט אויס פאר דיין ישועה און טו וואס דו האסט צו טון. פאלג דעם רבי'ן און זיי מקיים אלע עצות וואס ער זאגט וועסטו בודאי געהאלפן ווערן בקרוב ממש.


בנוגע דאס וואס דו האסט נסיונות צו קוקן מאוויס, די בעסטע זאך פאר דעם איז אז דו זאלסט זיך מאכן א שיעור אין משניות; ווער עס זאגט משניות ווערט אפגעהיטן פון אריין פאלן אין גיהנום.


דער חיד"א זכר צדיק לברכה ברענגט בשם מדרש תלפיות (עמוד מא): "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם, וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מַנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם"; ווען א מענטש קומט ארויף אויבן אין הימל קומען די מלאכי חבלה און ווילן אים אריין שלעפן אין גיהינום, קומט אשר בן יעקב און פרעגט דעם מענטש צי ער האט געלערנט משניות, אויב האט דער מענטש געלערנט משניות טראגט ער אים אריין אין גן עדן. דער חיד"א טייטשט מיט דעם דער פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות 'מִשְׁנָה', אז אשר בן יעקב זעט אז א מענטש וואס האט געלערנט משניות, "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", וועט ער זוכה זיין צו גן עדן; דאס איז נישט נאר לאחר הפטירה דאס איז נאך יעצט ווען מען לעבט. ווען א מענטש לערנט משניות היט עס אים אפ פון די מלאכי חבלה וואס ווילן אים אוועק שלעפן פונעם אייבערשטן, דערפאר אז דער יצר הרע וויל דיר שלעפן צום טיר פון גיהנום, ער וויל דיר ווייזן עבירות רחמנא לצלן, זאלסטו שוין אנהייבן צו לערנען משניות וועט דאס דיר ראטעווען פון אלעם שלעכטס.


אפילו דו פארשטייסט נישט קיין איין ווארט וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו ווייטער לערנען די משניות אן פארשטיין; זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה ווייל דאס וועט דיר ראטעווען פון אלעם שלעכטס.

#21 - וואס טו איך אז מיין זון האט נישט קיין נארמאלע סדר היום?
שידוכים, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי, איך האב א זון אין די דרייסיגער יארן, וואס ער האט זיך ליידער גע'גט, און ער וואוינט ביי מיר אינדערהיים.


איך בין זייער צופרידן פון זיין התנהגות, און איך האף אז ער וועט טרעפן זיין ריכטיגער זיווג בקרוב, עס שטערט מיר אבער זייער שטארק אז ער שטייט אויף יעדן טאג זייער שפעט, ער האט א צעפארענער סדר, און איך האב מורא אז דאס וועט אים זייער שטארק שטערן פאר שידוכים, ווער וועט דען וועלן נעמען איינעם וואס האט נישט קיין נארמאלער סדר היום?


וואס קען איך טון דאס צו פאררעכטן, אים צו שטעלן נארמאל אויפ'ן פלאץ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אז איר ווילט העלפן אייער זון, זאלט איר אים גארנישט זאגן; נישט נאר איר זאלט אים נישט קריטיקירן, נאר איר זאלט פרובירן מיט אלע אייערע כוחות צו קוקן אויף אים מיט א גוט אויג. קוקט נאר אויף זיינע גוטע זאכן וועט איר האבן אסאך נחת פון אים.


עס איז זייער וויכטיג פאר קינדער זיי זאלן שפירן אז זייערע עלטערן האלטן פון זיי; אז א קינד שפירט ווי זיינע עלטערן האלטן נישט אזוי שטארק פון אים ברענגט דאס אז ער זאל זיך נישט וועלן פארבעסערן וכו'. דעריבער איז זייער וויכטיג מען זאל קוקן אויף קינדער מיט א גוט אויג, זיי זאלן שפירן ווי מען טראסט זיי, און איינמאל קינדער שפירן אז די עלטערן האבן טראסט אין זיי וואקסן זיי אויף לשם ולתפארת. דערפאר זאלט איר פרובירן מיט אלע אייערע כוחות צו קוקן נאר אויף זיינע גוטע חלקים, וועט דאס אים געבן כח צו וועלן און פרובירן בעסער צו ווערן.


בנוגע דאס וואס ער שטייט אויף שפעט וכו'; איר זאלט נישט זיין באזארגט אויף דעם, ווייל דאס קומט נישט פון שלעכטיקייט נאר דאס קומט פון זיין איינער אליין וכו'. דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו טון מיט תלמידים שוין איבער פיפצן יאר; איך האב געזען ביי אסאך תלמידים ווי זיי פלעגן זיך זייער מוטשען מיט'ן אויפשטיין אינדערפרי, גארנישט האט זיי געקענט מאכן אויפשטיין, ביז זיי האבן געטראפן זייער זיווג, און ווען זיי האבן חתונה געהאט האבן זיי זיך זייער שיין מסדר געווען.


אזוי וועט זיין מיט אייער זון, ווען ער וועט טרעפן זיין זיווג וועט ער זיך שיין מסדר זיין, אבער ביז דעמאלט דארפט איר רחמנות האבן אויף אים און אים נאר געבן ליבשאפט. דאנקט דעם אייבערשטען אז ער פירט זיך ערליך, און עס זאל אייך בכלל נישט אנגיין אז ער שטייט אויף שפעט; קוקט'ס נישט אויף דעם, דאס קומט פון צעבראכענקייט - פון זיין אליין, און איינמאל ער וועט טרעפן זיין זיווג וועט ער אויפשטיין צייטליך.


איך ווארט צו הערן פון אייך בקרוב אז אייער זון האט געטראפן זיין שידוך; ער וועט אייך אם ירצה ה' ברענגען נאר נחת.


 

#20 - וואס טו איך אז איך קען נישט רעדן צום אייבערשטן, זייענדיג אזוי צעבראכן?
שידוכים, התחזקות, חיזוק פאר מיידלעך, אמונה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אייך געשריבן א שאלה איבער דעם וואס איך זע נישט קיין וועג בדרך הטבע אז איך נאך א כלה ווערן, נאכדעם וואס איך האב נאך עטליכע געשוויסטער העכער מיר. יישר כח פאר די ענטפער וואס איך האב באקומען מיט די עצות און חיזוק.


למעשה זענען אבער דא טעג וואס איך שפיר זיך ממש פארלוירן און איך בין זייער דעפרעסט. איך שפיר אז קיינער פארשטייט מיר נישט, און איך האב קיינעם נישט אין מיין לעבן. איך ווייס נישט פארוואס איך שטיי אויף אינדערפרי, און איך בין ממש אינגאנצן פארלוירן. איך קוק אן די וועלט אלס גאר א שלעכטע און טונקעלע פלאץ, איך שפיר אז דער אייבערשטער האט מיר איבערגעלאזט און ער דארף מיר מער נישט האבן.


אין אזא צייט, ווען איך וויל רעדן צום אייבערשטן, קען איך ממש נישט רעדן קיין ווארט צו אים. ווי אזוי קען איך זיך האלטן שטארק און נישט ווערן צעבראכן פון די אלע שוועריקייטן וואס איך גיי אריבער?


איך האף איר וועט מיר קענען מחזק זיין. א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז פון הימל פרובירט מען אויס יעדן איינציגסטן מענטש מיט שווערע נסיונות; עס איז נישט דא קיינער אויף דער וועלט וואס זאל נישט אריבער גיין שווערע ביטערע נסיונות - אלעס ווייל מען וויל זען פון הימל צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן ווען ער האט זיין צרה, אויב מען וועט אויפגעבן אדער מען וועט זיך ווענדען צום אייבערשטן.


דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.): יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא"? ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג, "וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא" ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון ביטער – זיס; "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר וכו'?" ווער ווארט יעדן טאג אז עס זאל ליכטיג ווערן - דער וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה און ער מאכט פון זיין ביטערע לעבן א זיס לעבן און פון זיין טונקלקייט - ליכטיג, ווייל ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער און אין דער ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק און ער איז זוכה צו עולם הבא.


פרובירט מיט אלע אייערע כוחות זיך צו שטארקן אין די הייליגע אמונה; אמת, עס איז אייך זייער שווער, איר ווילט חתונה האבן אבער איר האט נאך פאר זיך עטליכע געשוויסטער וואס דאס מאכט אייך זייער צעבראכן, אבער מיט דעם אלעם דארפט איר קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך. דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס - האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי מען זעט ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי - רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".


אזוי זאלט איר טון; איר זאלט אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך, און ווי מער איר וועט אים דאנקען אויף אלע גוטע זאכן וואס ער טוט מיט אייך וועט אייך גרינגער ווערן אויפן הארצן און עס וועט אייך בעסער ווערן. און איינמאל אייער הארץ וועט זיין אפן וועט איר שוין קענען גוט וויינען צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות כלאי בהמה, הלכה ד, אות ו): מיר געפונען ביי דוד המלך אז ווען זיין זון אבשלום האט אים געוואלט הרג'נען האט ער געזינגען דעם קאפיטל (תהלים ג): "מִזְמוֹר לְדָוִד: בְּבָרְחוֹ, מִפְּנֵי אַבְשָׁלוֹם בְּנוֹ", און גלייך נאכדעם הייבט ער אן שרייען און וויינען: "ה', מָה-רַבּוּ צָרָי", באשעפער, איך האב אזויפיל צרות, "רַבִּים קָמִים עָלָי", אסאך מענטשן ווילן מיר שלעכטס טון, "רַבִּים אֹמְרִים לְנַפְשִׁי: אֵין יְשׁוּעָתָה לּוֹ בֵאלֹקִים סֶלָה", אלע זאגן מיר אז איך האב שוין נישט קיין שום תקנה; לכאורה איז דאס זייער אינטערעסאנט - אנהייבן הייבט זיך עס אן מיט א געזאנג און גלייך נאכדעם הייבט ער אן וויינען? נאר די הסבר איז אז ווען א מענטש גייט אריבער א צרה איז ער אין א גרויסע סכנה, ווייל חוץ פון די צרה אין וואס ער געפונט זיך קומט נאך צו שלעכטע מחשבות. ער הייבט אן טראכטן אז דער אייבערשטער דארף אים נישט און אז דער אייבערשטער הערט אים נישט אויס חס ושלום, דאס מאכט אז ער זאל נישט קענען רעדן צום אייבערשטן, - אזוי ווי איר שרייבט אינעם בריוו: "איך קען ממש נישט רעדן קיין ווארט צו אים"; - דאס אלעס איז דוד המלך אריבער געגאנגען ווען ער האט געהאט די ביטערע צרות, דערפאר האט ער אנגעהויבן צו זינגען צום אייבערשטן דורכדעם וואס ער האט געטראפן אינעם צרה אפילו א פינטעלע גוטס, און גלייך נאכדעם ווען ער האט אנגעהויבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אים, האט זיך אים זיין הארץ געעפנט און ער האט געקענט אנגעהויבן צו בעטן; אזוי איז געבויט רוב ספר תהילים, עס הייבט זיך אן מיט א געזאנג און גלייך נאכדעם א געבעט.


אזוי זאלט איר אויך טון, הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן; אִיךְ בִּין גֶעזוּנְט אוּן אִיךְ הָאבּ אַלֶעס גוּטְס. אַזוֹיפִיל מֶענְטְשְׁן זֶענֶען נֶעבֶּעךְ נִישְׁט גֶעזוּנְט אוּן לִיגְן אִין שְׁפִּיטָאל הַשֵּׁם יִשְׁמְרֵנּוּ, אוּן מִיר הָאסְטוּ גֶעגֶעבְּן אַ גֶעזוּנְטֶע לֶעבְּן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ בֶּעט דִיר הֶעלְף מִיר! אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אִיךְ וִויל שׁוֹין אוֹיפְשְׁטֶעלְן מַיין אֵייגֶענֶע שְׁטוּבּ; אִיךְ וַוארְט שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אוֹיף מַיין זִיווּג. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אוּן מַיינֶע גֶעשְׁוִויסְטֶער אַז מִיר זָאלְן אַלֶע טְרֶעפְן בְּקָרוֹב שִׁידוּכִים; אִיךְ פַארְלָאז מִיר נָאר אוֹיף דִיר!"; אזוי זאלט איר שטענדיג טון, קודם דאנקען בפרטיות פאר אלעס וואס דער אייבערשטער גיבט אייך און נאכדעם זאלט איר בעטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט טרעפן אייער זיווג הגון בקרוב.

#19 - פארוואס בין איך נאכנישט קיין חתן?
שידוכים, יבנאל, קדושה, מוהרא"ש, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, 21 יאר אלט, און איך בין נאכנישט א חתן געווארן. איך האב נישט קיין שום פראבלעם וואס איך קען טראכטן אז דאס זאל שטערן מיין שידוך, און פון דעסט וועגן האב איך נאכנישט געטראפן מיין שידוך.


ס'מוז זיין אז ס'דא עפעס וואס שטערט דא, וואס קען איך טון דערצו? זאל איך איבערבעטן די גאנצע וועלט ווייל אפשר האב איך איינעם געטשעפעט? זאל איך גיין צו מקובלים פאר א תיקון? וואס נאך קען איך טון?


איך האב זיך פארגענומען נישט פוגם צו זיין בברית פאר 40 טעג, איך האלט שוין ביים פערטן טאג, אבער איך ציטער אז איך גיי דורכפאלן, וואס קען איך טון?


איך האף איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן און געבן אן עצה.


א גרויסן יישר כח, יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן די צער וואס דו גייסט אריבער אז דו האסט נאך נישט געטראפן דיין שידוך, בשעת וואס אלע חברים פון דיין כיתה האבן שוין זוכה געווען חתונה צו האבן; דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט טרעפן דיין זיווג בקרוב.


דאס וואס דו פרעגסט צי דו זאלסט איבער בעטן די גאנצע וועלט וכו'; אויב האסטו וויי געטון א צווייטן זאלסטו אים אודאי איבער בעטן. מאך זיך א חשבון הנפש, גיי אדורך דיינע יארן און דערמאן זיך אויב דו האסט איינעם וויי געטון און זאלסט יענעם איבער בעטן, ווייל אז מען טוט וויי א צווייטן באצאלט מען זייער א טייערע פרייז.


דאס וואס דו ווילסט וויסן צי דו זאלסט גיין צו מקובלים וכו'; איך וואלט דיר גע'עצה'ט דו זאלסט פארן קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מען זעט אפענע ניסים און ישועות יעדן טאג ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן אהין פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים צו טרעפן זייער שידוך.


דעריבער זאלסטו וואס שנעלער פארן קיין יבניאל און דארט אויסזאגן תהילים לזכות רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב זכותו יגן עלינו, וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך.


מוהרא"ש האט געטייטש דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:): מען האט געפרעגט רבי חנינא בן דוסא: "מִנַּיִן אַתָּה יוֹדֵעַ", פון ווי קען מען וויסן אויף איינעם אויב ער איז אן אמת'ער מקובל אדער נישט? "אָמַר לָהֶם, אִם שְׁגוּרָה תְּפִלָּתִי בְּפִי", האט ער זיי געענטפערט: אויב לייגט ער אריין אין מיר תפילה, ער רעדט פון תפילה און שטארקט מיר צו מתפלל זיין, "יוֹדֵעַ אֲנִי שֶׁהוּא מְקֻבָּל", דעמאלט ווייס איך ער איז א מקובל, "וְאִם לָאו", אבער אויב רעדט ער נישט פון תפילה, "יוֹדֵעַ אֲנִי שֶׁהוּא מְטֹרָף", ווייס איך אז ער איז א ווייט פון זיין א מקובל; אז דו זוכסט מקובלים איז דער גרעסטער מקובל מוהרא"ש וואס האט זיין גאנצע לעבן נאר גערעדט פונעם אייבערשטן און פון תפילה, ער האט נישט פארנארט קיינעם מיט קבלה לשונות אזוי ווי אלע בלאפערס וואס נארן אפ אידישע קינדער מיט קבלה; דעריבער זאלטו זיך אריבער כאפן קיין יבניאל וועסטו זיכער טרעפן דיין שידוך בקרוב.


בנוגע פערציג טעג וכו'; מיר דארפן טון דעם רצון השם נישט ווייל נעכטן האב איך געדינט דעם אייבערשטן אדער צוליב מארגן, נאר יעדן טאג דארף מען טון מצוות ומעשים טובים און זיך היטן פון עבירות. אז מען איז אראפגעפאלן אין עבירות דארף מען תשובה טון און אז מען טוט תשובה נעמט דער אייבערשטער אן די תשובה און איז מוחל דעם מענטש אויף וואס ער האט געטון, נאכדעם דארף דער מענטש זיך ווייטער היטן פון עבירות. עס קומט נישט ארויס קיין גוטס פון האלטן חשבון און נאר אויף דעם תנאי זיין א איד.


שטארק דיר און ווער נישט צעבראכן אז דו האסט נאך נישט דיין שידוך; טו די סגולות וואס דער רבי זאגט אז דאס איז מסוגל צו טרעפן א שידוך. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף, דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה. נאכדעם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט וואס דער הייליגער רבי זאגט אז מען זאל זאגן די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, און עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.