שאלה אין קורצן ענין
#273 - קענען פרויען אויך זאגן תיקון חצות?
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב פרויען זאגן אויך תיקון חצות, און אויב זיי קענען אויך באקומען די גרויסע ישועות דורך דעם, אזוי ווי די מענער.


יישר כח פאר אלעס.


יודל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד יודל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון פרויען; מען האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן פון תפילות פון פרויען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט פשט אין דעם מאמר חז"ל (קידושין מט:): "עֲשָׂרָה קַבִּין שִׂיחָה יָרְדוּ לָעוֹלָם, תִּשְׁעָה נָטְלוּ נָשִׁים, וְאֶחָד נָטְלוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלוֹ", א מאס פון צען קב 'שמועסן' איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, ניין קב האבן גענומען די פרויען, און איין קב איז צעטיילט געווארן פאר די גאנצע וועלט; סתם מענטשן נוצן דאס אראפ צו קלאפן פרויען און צו אפשפעטן פון זיי, ווי צו זאגן אז פרויען רעדן אסאך וכו', אבער מוהרא"ש פלעגט מחזק זיין די פרויען מיט דעם, ער פלעגט זאגן ביי די דרשות פאר פרויען: "פון דעם חז"ל זעט מען אז א פרוי קען מער מתפלל זיין צום אייבערשטן ווי א מאן, ווייל זיי האבן גענומען ניין קב שיחה און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כו:): "אֵין שִׂיחָה אֶלָּא תְּפִילָה", שיחה איז א לשון פון תפילה; מען שמועסט זיך אויס מיטן אייבערשטן. דעריבער זאל א פרוי נוצן איר מאס רייד צו רעדן צום אייבערשטן".


א פרוי איז פטור פון דאווענען שחרית מנחה מעריב. א פרוי איז נאר מחויב צו זאגן אינדערפרי ברכות השחר און זי דארף אכטונג געבן צו בענטשן ברכת המזון אין א סידור, ליינען קריאת שמע שעל המיטה פארן גיין שלאפן און זיך מתבודד זיין צום הייליגן באשעפער, וואס אן דעם איז נישט דא קיין לעבן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ט): אויפן פסוק (תהלים מב, ט): "תְּפִלָּה לְאֵל חַיָּי", אז די גאנצע לעבן פונעם מענטש דארף זיין תפילה; אבער א פרוי וואס האט נישט קיין ווירטשאפט אין שטוב וכו', אויב זי וויל דאווענען בתורת נדבה קען זי דאווענען אלע תפילות און דאס זעלבע איז מיט תיקון חצות.


דער עיקר וואס א אידישע מאמע דארף - איז זיך אפגעבן מיט די קינדער; זיצן מיט די קינדער אין שטוב, זיי דערציילן מעשיות פון צדיקים ווי זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש. קינדער וואס הערן פון די עלטערן מעשיות פון צדיקים וועלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


הער א ווארט וואס דער הייליגער ר' נתן האט געזאגט: "עס איז מיר חשוב מחנך צו זיין מיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין זאגן 'תיקון חצות'"; אז מען וויל אויפשטיין ביי חצות צו זאגן תיקון חצות דארף מען זיך לייגן שלאפן פרי, און ר' נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים פון חדר, ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין; ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, זיי מחנך זיין אנצוגרייטן נעגל וואסער וכדומה, וואס אזא חינוך בלייבט אויף אייביג. א קינד וואס זיינע עלטערן האבן אים שיינערהייט דערמאנט נאכט נאך נאכט צו ליינען קריאת שמע, אים איז גרינגער דאס צו טון זיין גאנץ לעבן. דאס דארפן מיר שטענדיג האלטן פאר אונזערע אויגן: 'שטענדיג רעדן צו די קינדער פון דאס גרויסקייט פון צדיקים און צדקניות'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#272 - איך בין נישט צופרידן פון מיין חתן, איך וויל אפלאזן דעם שידוך
שידוכים

תוכן השאלה‎

 


לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט, די שיעורים וואס איך הער פון אייך אויף די האטליין האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן אין יעדן הינזיכט.


איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן. איינס איבער דעם וואס איר זאגט אז המפיל איז א ברכה פאר'ן שלאפן, איך האב אנגעהויבן זאגן המפיל, אבער איך וויל וויסן אויב מ'מעג רעדן צום אייבערשטן נאך המפיל. אויך וויל איך פארשטיין דאס וואס איר זאגט אז מ'קען רעדן צום אייבערשטן ביים באדן די קינדער, ווי אזוי מעג מען רעדן צום אייבערשטן אין א בית הכסא.


און יעצט צום עיקר זאך וואס איך וויל זיך אויסרעדן מיין הארץ. איך בין א כלה, מיין חתונה דארף זיין אין עטליכע חדשים, און איך דארף אסאך התחזקות נישט אפצולאזן דעם שידוך. איך האב נישט קיין אנונג פארוואס איך האב מסכים געווען צו דעם שידוך, איך האב עס נאר געטון צו פרייליך מאכן מיינע עלטערן, און פון מיין זייט וואלט איך היינט דאס אפגעלאזט, ווען נישט איך ווייס אז מיין טאטע וועל כאפן א הארץ אטאקע ווען ער וועט דאס הערן.


מיין חתן איז זייער פרום, און איך בין בכלל נישט אזוי. איך האב זיך שוין גע'חלומ'ט אז איך וועל באקומען א בחור לויט מיין געשמאק, און איך האב שוין געהאט א גאנצע פלאן ווי אזוי איך וועל אויסשטעלן מיין לעבן, איך האב געוואלט האבן אן ערליכע אבער פשוטע שטוב. דערווייל האב איך אבער באקומען א חתן וואס איז מיר בכלל נישט צום הארצן, איך עקל זיך פשוט פון אים.


יעצט פורים האב איך געדארפט שיקן א טייערע משלוח מנות און טייערע מתנות פאר די מחותנים, מיין גאנצע פורים איז געווען צעשטערט. איך ווייס נישט וואס נאך צו זאגן, אפשר וועט איר מיר קענען מחזק זיין און ארויסהעלפן אין מיין מצב.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל, נאר דער אייבערשטער קען אייך באצאלן אויף אלעס וואס איך האב באקומען פון אייך.


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע צי מען מעג רעדן צום אייבערשטן נאך המפיל; מען קען רעדן צום אייבערשטן נאך ברכת המפיל און עס איז זייער גוט איינצושלאפן רעדנדיג צום אייבערשטן. אזוי האט ר' אברהם בן ר' נחמן געזאגט: "אויב א מענטש שלאפט איין אינמיטן רעדן צום אייבערשטן איז דער גאנצער שלאף א הייליגע שלאף, און מען שטייט אויף ערליך, ווייל אזוי ווי מען לייגט זיך אזוי שטייט מען אויף".


בנוגע רעדן צום אייבערשטן בשעת מען באדט אפ די קינדער; מוהרא"ש האט דערציילט איינמאל ביי א שיעור וואס ער האט געהערט פון אלטע ברסלב'ע אידן פון אומאן, אז אין אומאן האט געוואוינט א ברסלב'ער חסיד, א פשוט'ער איד, וועלכער איז געווען א שוסטער. ווען מען פלעגט אריין קומען צו אים אין געשעפט האט מען שטענדיג געזען א מורא'דיגע בילד פאר זיך, ער פלעגט שטיין און האקן מיט'ן האמער אויף די שיך און רעדן צום אייבערשטן; ער איז געווען אזוי אריינגעטון אין זיין ארבעט און אין רעדן צום אייבערשטן, אז ער פלעגט נישט באמערקן ווי איינער איז אריין געקומען אין געשעפט און ווארט אויף אים בשעת ער האלט מיט ווי אזוי ער רעדט צום אייבערשטן.


ווען ער פלעגט באמערקן ווי איינער איז דארט, פלעגט ער זיך אנרופן און פרעגן: "איך האב א שאלה: איך ארבעט מיט שיך און די הלכה איז דאך אז ווען מען כאפט אן די שיך ווערט מען טמא, אבער איך וויל רעדן צום אייבערשטן, וויל איך וויסן צי איך מעג רעדן צום אייבערשטן בשעת'ן ארבעטן מיט די שיך?" מוהרא"ש האט פארציילט אז ער האט געהערט פון עטליכע מענטשן אז זיי האבן געהאט מיט אים די זעלבע מעשה און זיי האבן אים נישט געוואוסט וואס אים צו ענטפערן. ווען זיי אליין זענען געווען חשוב'ע אידן און דא זעהן זיי א פשוט'ער איד וואס האט אזעלכע השגות.


בשעת מוהרא"ש האט דערציילט די מעשה, האט א אינגערמאן אריין געפרעגט אינמיטן שיעור: "למעשה מעג מען רעדן צום אייבערשטן אויף א פלאץ וואס מען טאר נישט לערנען, אדער ווען מען איז נישט געוואשן די הענט?" האט מוהרא"ש געזאגט אז עס איז 'הלכה ואין מורין כן'; דאס הייסט, עס איז דא הלכות וואס מען קען נישט זאגן אז מען זאל אזוי טון, אבער מען ווייסט שוין אליינס וואס מען האט צו טון.


יעצט צום עיקר שאלה וועגן אייער שידוך, וואס איר טראגט ביי אייך א סוד וואס קיינער חלומ'ט נישט - איר ווילט נישט דעם חתן וכו' און איר האט פשוט מורא פון אייערע עלטערן וכו'; ליידער זענען דא זייער אסאך שידוכים וואס מען צווינגט וכו', איך וואלט אייך געראטן אז איר זאלט דאס דורך רעדן מיט א טיטשער אדער אייער מנהלת. טראכטס גוט אריין, במשך אייערע יארן אין סקול האט איר זיכער געהאט כאטש איין ווארעמע ערליכע טיטשער וועמען מען קען געטרויען, פארבינדט אייך מיט איר און פארציילט איר אז איר ווילט נישט גיין אונטער די חופה וכו'. אפשר איז עס נאר א דמיון וכו'; לויט וואס איר שרייבט אז ער איז א פרומער וכו' ווייס איך נישט וואס שטערט אייך וועגן אייער חתן, פרום איז נישט קיין חסרון, פרומע מענטשן האבן זייער א שיינע לעבן, נישט אלעס איז דאס אויסזען פון א מענטש.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תיקוני  זוהר, תיקון כא, דף ס:): א שוטה קוקט אויף די לבוש מיט וואס דער מענטש איז אנגעטון, אבער א חכם קוקט וואס טוט זיך אונטער דעם לבוש; ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען קוקן צי דער בחור האט גוטע מידות, צי ער איז א וותרן אדער א כעסן. ווער זאגט אייך אז דער חתן וויל לעבן אן אנדערע סארט לעבן ווי אייך, אפשר וויל ער פונקט דאס זעלבע ווי אייך... דעריבער ראט איך אייך אז איר זאלט זיך פארבינדן מיט אן ערליכע פרוי וואס מען קען איר געטרויען און שמועסט דאס אויס מיט איר וכו', ווייל עס איז נישט גוט אז איר טראגט זיך ארום מיט א סוד וואס קיינער ווייסט נישט, חוץ מזה איז דאס נישט אויסגעהאלטן על פי הלכה, ווייל אויב מען וויל נישט חתונה האבן דארף מען דאס ענדערש אפלאזן וכו'.


מיר האבן אן עצה פון רבי'ן וואס רופט זיך 'התבודדות'; בעטס דעם אייבערשטן ער זאל אייך העלפן איר זאלט וויסן צי דער שידוך איז פאר אייך אדער נישט. בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט נישט האבן קיין ספיקות און בלבולים וכו'; תפילה ברעכט דורך אלע פארמאכטע טירן און תפילה מאכט ליכטיג פארן מענטש.


איך ווארט צו הערן פון אייך אז איר זענט רואיג און צופרידן און איר גייט צו צו די חתונה מיט א פרייליך הארץ.

#271 - איז דער יום טוב פורים נאר פאר עשירים און נישט פאר ארימעלייט?
קנאה, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א יישר כח פאר די טייערע שיעורים.


איך וויל עפעס פרעגן, כאטש איך שעם זיך אביסל, איך פיל עפעס אז דער יום טוב פורים איז נישט פאר מיר, ס'איז מער א יום טוב נאר פאר די עשירים, זיי מאכן גרויסע חגיגות, טיילן אסאך געלט, דער יום טוב איז עפעס נאר פאר זיי און נישט פאר פשוטע אידן. וואס האלט איר וועגן דעם?


מרדכי 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד מרדכי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס ביסטו מקנא א צווייטן? עס נישט דא וועמען מקנא צו זיין - בפרט א גביר; וואס ווייסטו וואס אן עושר מאכט מיט? מענטשן מיינען אז דער וואס האט עשירות דער איז גליקליך. אבער דער אמת איז אז די עשירים אויף זיי איז די גרעסטע רחמנות ווייל זיי האבן נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט און זיי לעבן שטענדיג אין פחדים וכו', זיי האבן נישט קיין חברים, ווייל אלע וואס שמייכלען צו זיי דארפן נאר זייער געלט, קומט אויס זיי האבן נישט קיין אמת'ע חברים וכו' וכו' און זיי שפירן דאס זייער גוט.


גלייב מיר עס איז א גרויס רחמנות אויף עשירים; שלמה המלך זאגט (קהלת ה, יא): "מְתוּקָה שְׁנַת הָעֹבֵד, אִם מְעַט וְאִם הַרְבֵּה יֹאכֵל", אן ארימאן ער שלאפט גוט, ער האט נישט קיין דאגות וכו', "וְהַשָּׂבָע לֶעָשִׁיר אֵינֶנּוּ מַנִּיחַ לוֹ לִישׁוֹן", אבער דער עושר קען נישט שלאפן ביינאכט פון זיינע דאגות.


עס איז זייער נאריש מקנא צו זיין א צווייטן; דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה האט געזאגט פאר זיין תלמיד ר' נחמן טולטשינער: "עס איז נישט דא וועמען צו מקנא זיין; אויב מקנא זיין, דארף מען מקנא זיין אן ערליכער איד, און אויב ביסטו דער ערליכער איד – זאגט ער פאר זיין תלמיד ר' נחמן - בין איך דיר מקנא".


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ עָשִׁיר – הַשָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ", ווער איז אן עושר - א צופרידענער מענטש? דער וואס דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף וואס ער האט און ער קוקט נישט אויף א צווייטן.


פורים איז א יום טוב פאר יעדן איד, בפרט פאר מענטשן וואס ווארטן אויף א ישועה; מען זעט וואס דער אייבערשטער קען טון, ממש וואס דער רבי זאגט (עיין עלים לתרופה, מכתב יא): "וְיֵשׁ עִנְיָן שֶׁנִּתְהַפֵּךְ הַכֹּל לְטוֹבָה", עס קען אויסזען פארן מענטש אז אלעס איז פארמאכט, אלעס איז דערנאך, און פלוצלינג ווערט א ישועה וואס מען האט זיך גארנישט געקענט פארשטעלן פארדעם; פורים ווייזט אונז אז עס איז נישט דא קיין יאוש.


מיר האבן א רבי וואס האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות', אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען זיך אויס צו רעדן זיין הארץ צום אייבערשטן. ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן, ער זוכט זיך אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און ער שמועסט זיך דארט אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער פארציילט אים אלעס וואס שטערט אים - דער מענטש לעבט אן אנדערע סארט לעבן, ער איז אן אמת'ער עושר. ער איז רייך ווייל ער לעבט מיטן אייבערשטן און דער אייבערשטער וועט אים אלעס געבן, ווייל דער אייבערשטער האט זייער ליב ווען א מענטש פארציילט אים אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.) אז דער אייבערשטער ענטפערט פאר אן ארימאן שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק. און ווען דוד המלך האט געזען דאס חשיבות פונעם ארימאן'ס תפילה האט ער אויסגעטון די בגדי מלכות און זיך געזעצט אויף דער ערד און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים פו, א): "תְּפִלָּה לְדָוִד, הַטֵּה ה' אָזְנְךָ עֲנֵנִי", הייליגער באשעפער העלף מיר, הער אויס מיין געבעט, "כִּי עָנִי וְאֶבְיוֹן אָנִי", ווייל איך בין אזוי ווי אן ארימאן; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער איז זייער נאנט צו א מענטש וואס איז ביי זיך צעבראכן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#270 - מוותר זיין אויף די פורים סעודה פאר כיבוד אב ואם?
חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די אלע שיעורים און בריוו וואס זענען מיר זייער מחזק אלעמאל.


איך בין א מיידל, און איך בין א לערערין, און איך האב צוגעגרייט א שיינע פורים מסיבה פאר די תלמידות. למעשה אבער ווען עס איז געקומען צו די מסיבה האט איך נישט געקענט אהינגיין מיטהאלטן, ווייל מיין מאמע האט מיר געבעטן צו בלייבן אינדערהיים אכטונג צו געבן אויף די קינדער. מיינע עלטערן האבן געדארפט אוועקגיין און מיינע געשוויסטער האבן זיך אלע ארויסגעדרייט, און למעשה האב נאר איך מסכים געווען צו בלייבן אכטונג געבן אויף די קינדער, ווייל איך האב געהערט פון אייך אזויפיל איבער די גרויסקייט פון כיבוד אב ואם, דאס האט מיר אבער זייער צעבראכן, ווייל איך האב אזוי שווער געארבעט אנצוגרייטן די מסיבה, און נאכדעם האב איך אליין עס נישט געקענט מיטהאלטן.


ווי אזוי קען מען זיך שטארקן צו בלייבן פרייליך אין אזא צייט?


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר זענט נזהר אין די מצוה פון כיבוד אב ואם; וויפיל מען זאל נאר טון פאר עלטערן איז מען קיינמאל נישט יוצא די מצוה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּרוֹתֵיהֶם בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לוֹ לָעוֹלָם הַבָּא, וְאֵלּוּ הֵן: כִּבּוּד אָב וָאֵם"; דער אייבערשטער באצאלט פאר כיבוד אב ואם שכר נאך אויף דער וועלט.


איך בין מקנא אייער זכות, אז איר האט געהאט די שטארקייט צו מוותר זיין אויף די פורים מסיבה כדי צו בלייבן אין שטוב העלפן אייערע עלטערן. דער אייבערשטער וועט אייך בענטשן מיט נחת ביי אייערע קינדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח:): "בַּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך, אזוי פירט זיך דער אייבערשטער צוריק צום מענטש, און נאך פיל מער ביי א גוטע זאך.


ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט וואס דער רבי לערנט אונז, וואלטן אלע געברענגט זייער קינדער צום רבי'ן. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען קסרין און קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר". מען זעט בחוש וואס דער רבי געבט פאר א מענטש; דער רבי געבט שכל און דער רבי לערנט מיט אונז אז מיר זאלן זיך פירן מיט מידות טובות. פון אייער מעשה אליינס קענט איר זען וואס ברסלב איז; אלע אייערע געשוויסטער האבן זיך ארויסגעדרייט פון צו דארפן העלפן וכו', נאר איר וואס איר הערט די חיזוק און די שכל פון רבי'ן, האט איר מוותר געווען אויף אלעס אבי צו העלפן אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#269 - מעג מען נוצן די ארבעט'ס קאמפיוטער פאר די אייגענע צוועקן?
קאמפיוטער, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פון אלע שיעורים, אייער זכות הרבים איז געוואלדיג גרויס.


איך האב געוואלט בעטן אן עצה, רוב פון מיין ארבעט איז אויף א קאמפיוטער ביי א ביזנעס, עס האט ב"ה א גוטע פילטער און ס'האט נישט קיין פראבלעמען אין עניני קדושה. דער פראבלעם איז אבער אז איך טו אסאך זייטיגע זאכן אויפ'ן קאמפיוטער, סיי פאר מיר און סיי פאר טובות פאר אנדערע, צו באשטעלן זאכן וכדומה.


למעשה גייט מיר אוועק א האלבע צייט פון די ארבעט פאר די זייטיגע זאכן, און דאס גייט אויפ'ן חשבון פון מיין באלעבאס וואס צאלט מיר פאר די פולע צייט וואס איך ארבעט. איך ווייס אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן איך דארף אבער אן עצה ווי אזוי פטור צו ווערן פון די זייטיגע זאכן אויפ'ן קאמפיוטער, און נישט ווערן אריינגעצויגן אזויפיל אין זייטיגע זאכן.


א גרויסן יישר כח. ברכה והצלחה.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל פקודי, י"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז גנב'נען איז זייער א הארבע זאך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קח.): "בּוֹא וּרְאֵה כַּמָה גָּדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל חָמָס, שֶׁהֲרֵי דּוֹר הַמַּבּוּל עָבְרוּ עַל הַכֹּל וְלֹא נֶחְתַּם עֲלֵיהֶם גְזַר דִּינָם עַד שֶׁפָּשְׁטוּ יְדֵיהֶם בְּגֶזֶל", ביים דור המבול האבן די מענטשן עובר געווען אויף אלע עבירות, אבער די גזירה פון פארלענדן דעם גאנצן דור דורך דעם מבול האט דער אייבערשטער גע'חתמ'עט נאר נאכדעם וואס זיי האבן געטון די עבירה פון גנב'נען, אזוי הארב איז די עבירה פון גנב'נען.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות גניבה וגזילה, סימן א): "מִי שֶׁנִּפְתָּה לִבּוֹ לִגְזֹל וְכֵיוָן שֶׁהִתִּיר לְעַצְמוֹ גְּזֵלַת חֲבֵרוֹ, הֲרֵי הוּא מוּכָן לְכָל חֵטְא וְעָוֹן, וְאֵין תַּקָּנָה לַהֲסִירוֹ מִדַּרְכּוֹ הָרָעָה", ווער עס גנב'עט איז נישט דא קיין וועג ווי אזוי מען קען אים מאכן אויפהערן גנב'נען; מוהרא"ש איז דאס מסביר, פארוואס טאקע איז גנב'נען אזוי הארב אז דער רבי זאגט אז מען קען נישט צוריק ברענגען דעם מענטש צום גוטן וועג? ווייל מען זעט אין די גמרא (בבא קמא עט:): די תלמידים פון רבי יוחנן בן זכאי האבן אים געפרעגט: "מִפְּנֵי מַה הֶחֱמִירָה תּוֹרָה בְּגַנָּב יוֹתֵר מִגַּזְלָן?" פארוואס האט די תורה מער מחמיר געווען ווען איינער האט גע'גנב'ט אז ער דארף באצאלן דאפעלט ווי ביי איינער וואס גזל'ט, האט ער געזאגט: "זֶה הִשְׁוָה כְּבוֹד עֶבֶד לִכְבוֹד קוֹנוֹ, וְזֶה לֹא הִשְׁוָה כְּבוֹד עֶבֶד לִכְבוֹד קוֹנוֹ", דער וואס גנב'ט באהאלט זיך אז קיינער זאל נישט זען, ווייזט ער מיט דעם אז ער גלייבט נישט אז דער אייבערשטער איז דא, קומט אויס אז ער איז א כופר בעיקר, ווייל ווען ער וואלט ווען געגלייבט אז דער אייבערשטער איז איבעראל, ער זעט אלעס און הערט אלעס, מען קען זיך נישט באהאלטן פון אים, וואלט ער זיכער נישט גע'גנב'ט פון רוב פחד אינעם אייבערשטן.


איך געדענק אז יארן צוריק ווען איך בין געווען א מלמד בין איך קיינמאל נישט ארויס פון כיתה שמועסן מיט די אנדערע מלמדים בזמן הלימוד, בשעת וואס מלמדים פלעגן שטיין אינדרויסן אין שמועסן אויפן חשבון פון די קינדער; דער רמב"ם שרייבט (פרק ב' מהלכות תלמוד תורה, הלכה ד): "מְלַמֵּד תִּינוֹקוֹת שֶׁהוּא מַנִּיחַ אֶת הַתִּינוֹקוֹת וְיוֹצֵא, אוֹ שֶׁהוּא עוֹשֶׂה מְלָאכָה אַחֶרֶת עִמָּהֶן, אוֹ שֶׁהוּא מִתְרַשֵׁל בְּתַּלְמוּדָן - הֲרֵי הוּא בִּכְלַל 'אָרוּר עוֹשֶׂה מְלֶאכֶת ה' רְמִיָּה' (ירמיהו מח, י); אנדערע מלמדים האבן געמאכט געשעפטן בזמן הלימוד, זיי האבן זיך געקויפט הייזער וכו', דאס איז ריכטיג גניבה וגזילה. ווייל אלע זייערע געשעפטן וואס זיי האבן זיך איינגעהאנדלט אין די צייט וואס זיי דארפן זיין אין כיתה - געהערט פאר די קינדער, דאס איז בכלל נישט זייערס; דאס זעלבע איז ביי דיר, אלעס וואס דו קויפסט אין די צייט וואס דו ארבעסט פאר דיין בעל הבית געהערט פאר אים און אלעס וואס דו ביסט מרויח דערפון איז גניבה.


 זאג נישט אז דו קענסט נישט וכו', זאג אז דו ווילסט נישט; איינער האט געפרעגט דעם רבי'ן ווי איז שייך צו זאגן אז א מענטש האט א בחירה? אויב מען איז צוגעקלעבט צו שלעכטע מעשים ווי אזוי איז שייך צו זאגן פאר א מענטש: "דו האסט א בחירה", עס איז דאך אומעגליך זיך אפצושיידן פון א געוואוינהייט! האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קי): "אויב מען וויל טוט מען עס, און אז מען וויל נישט טוט מען נישט"; שרייבט ר' נתן (שם): איך האב מיר פארצייכנט וואס דער רבי האט אים געענפערט, ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם, זיי פרעגן די קשיא: "ווי איז שייך צו זאגן אז איך האב א בחירה, ווען איך קען זיך נישט אפשיידן פון מיין געוואוינהייט וואס איך האב זיך צוגעוואוינט צו טון?" דערפאר מיינען זיי אז עס איז טאקע אומעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים.


זע צו טון דיין ארבעט אזוי ווי עס דארף צו זיין וועט דיר גוט זיין.

#268 - כ'בין שוין א חתן, ווי אזוי רעד איך יעצט ווייטער צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א יישר כח פאר די הערליכע דרשות, נישטא קיין ווערטער אייך צו באדאנקען.


געלויבט דער באשעפער אז איך בין א חתן געווארן למזל טוב, ביז יעצט האב איך נישט אויפגעהערט צו בעטן דעם אייבערשטן פאר א שידוך, איך האב געוויינט און פארפירט צום אייבערשטן אויף דעם. יעצט אבער, ווען איך בין שון א חתן געווארן, וואלט איך געדארפט האלטן אין איין דאנקען דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים, אבער יעצט האב איך שוין דעם שטארקן געפיל צו דאנקען און דאנקען די גאנצע צייט אזוי ווי איך האב געבעטן אזוי סאך פאר דעם.


יישר כח.


שלום

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל פקודי, י"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד החתן שלום נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע ערליכע שטוב און דו זאלסט שטענדיג געדענקען די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר און וואס ער טוט מיט דיר.


יעצט אז דו האסט שוין דיין שידוך ביסטו שוין רואיג, ווייל ווען מען טרעפט א שידוך ווערט מען רואיג. דאס איז דער לשון פון 'שידוך' אזוי ווי דער תרגום זאגט אויפן פסוק (שופטים ג, ל): וַתִּשְׁקֹט הָאָרֶץ – "וּשְׁדוֹכַת אַרְעָא". ממילא איז יעצט די צייט אז דו זאלסט אנהייבן לערנען שיעורים כסדרן אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). זע צו לערנען יעדן טאג אביסל מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה וכו'; אז דו וועסט יעצט אנהייבן צו לערנען וועסטו אויך לערנען שפעטער נאך די חתונה, און אז דו וועסט לערנען נאך די חתונה וועלן דיינע קינדער אויך לערנען, און דו וועסט אויפשטעלן א שיינע שטוב לשם ולתפארת.


ביז יעצט האסטו געבעטן נאר פאר א שידוך, יעצט אז דו ביסט א חתן געווארן דארפסטו מתפלל זיין פאר געזונט, פרנסה, קינדער און נחת. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מט:): "עֲשָׂרָה קַבִּין שִׂיחָה יָרְדוּ לָעוֹלָם; תִּשְׁעָה נָטְלוּ נָשִׁים, וְאֶחָד נָטְלוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלוֹ", צען מאס רעדן איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, ניין האבן גענומען די פרויען און די איבעריגע איז געגאנגען פאר די גאנצע וועלט. מוהרא"ש זאגט אויף דעם זייער א שיינעם פשט. ביז מען טרעפט א שידוך האט מען נאר איין זאך אויף וואס צו מתפלל צו זיין, דאס הייסט איין קב תפילה, ווייל דער עיקר בעט מען פאר א שידוך, אבער ווען מען טרעפט שוין די שידוך דעמאלט האט מען די אייגענע קב און די ניין קבים פון די פרוי, צוזאמען האט מען אלע צען קבים. ווייל דעמאלט הייבט מען אן צו בעטן פאר זיך און פאר די ווייב און קינדער, און אזוי ווייטער.


ברסלב'ער חסדים פירן זיך יעדן צופרי גלייך ווען זיי שטייען אויף צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף זייער שידוך, זיי זאגן: "רבונו של עולם, איך לויב דיר און איך דאנק דיר אז איך האב חתונה געהאט". און יעדעס יאר ווען עס געפאלט דעם טאג וואס מען האט חתונה געהאט, פירט מען זיך צו זאגן הלל (אן א ברכה), מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף די חסד וואס דער אייבערשטער האט געטון אז מען האט געטראפן א שידוך; דאס איז שעשוע עולם הבא, צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין אופצושטעלן א בית נאמן בישראל, דורות ישרים ומבורכים, אמן.

#267 - זאל איך אויפגעבן מיין סמארטפאן? אפילו כ'שפיר אז כ'דארף עס האבן?
סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף די שנעלע תשובה וואס איך האב באקומען, חיזוק וועגן א שידוך און וועגן מיין סמארטפאון, און חיזוק צו ווייטער לערנען משניות. איך בין ב"ה געווען ביים ציון פון מוהרא"ש און אויסגעזאגט גאנץ תהלים לזכותו, איך בעט דעם אייבערשטן פאר א שידוך בקרוב.


למעשה בין איך נאכאלץ צעמישט וואס צו טון וועגן מיין סמארטפאון, איך ווייס נישט אויב די תועלת איז מער אדער די שאדן איז מער. פון איין זייט באקום איך דארט די דרשות פונעם ראש ישיבה און נאך גוטע זאכן, און פון די אנדערע זייט איז דארט דא אויך שלעכטע זאכן.


יישר כח.


יהושע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל פקודי, י"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טייערער ברודער, וואס איז בכלל דיין שאלה?! עס לוינט זיך גארנישט אין דער וועלט אויב מען קען נכשל ווערן אין איין שלעכטן קוק, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עדיות ה, ו): "מוּטָב לִי לְהִקָּרֵא שׁוֹטֶה כָּל יָמֵי, וְלֹא לֵעָשׂוֹת שָׁעָה אַחַת רָשָׁע לִפְנֵי הַמָּקוֹם", ענדערש זאל א מענטש זיין א שוטה זיין גאנץ לעבן ווי איידער צו זיין א רשע איין מינוט, חס ושלום; פאר איין שלעכטע הסתכלות איז שוין נישט כדי צו האבן דעם סמארטפאון, ווער רעדט נאך אז דאס נעמט אינגאנצן אוועק דעם מח פונעם מענטש, איז וואס דארפסטו בכלל האבן דעם טעלעפאן?! אנשטאט זיך שפילן מיט דיין סמארטפאון וואלט איך דיר געזאגט דו זאלסט נעמען א משניות און זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות.


ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען משניות וועט ער אנקומען צו די גרעסטע מדריגות וואס איז נאר שייך, אזוי ווי עס איז באוואוסט אז דער הייליגער בית יוסף זכר צדיק לברכה האט זוכה געווען צו א מלאך פון הימל וואס פלעגט קומען צו אים יעדן טאג און דער מגיד האט אים געזאגט אז ער האט זוכה געווען צו אלע זיינע מדריגות נאר ווייל ער האט געלערנט אסאך משניות.


איך האב דיר ליב און איך וויל דיין גוטס; גלייב מיר, איך האב נישט קיין שום נגיעה אין דעם וכו' איך וויל נאר זען ווי דו וועסט מצליח זיין אין לעבן. לאז דיך נישט איינרעדן פון די נישט גוטע אז דאס וועט דיר ברענגען צו עבודת השם, כאפ זיך אריבער נאכאמאל צום ציון פון מוהרא"ש זכרונו לברכה און טו וואס דער אייניקל פונעם חכם האט געטון נאכדעם וואס ער האט נישט געוואוסט ווער עס רעדט אים צו צו ניצן דעם ספר וכו' ווען ער האט געזוכט שידוכים פאר זיינע טעכטער (סיפורי מעשיות מעשה ג', מחיגר) ער האט געשריגן ביי זיין זיידענ'ס קבר: "איך ווייס נישט צי מיין הארץ רעדט מיר אן איך זאל דאס ניצן וכו' אדער די שדים רעדן דאס מיר צו וכו'", האט אים דער זיידע געענטפערט: "כאטשיג דו קענסט עס ניצן וכו', דאך איז בעסער דו זאלסט האבן אמונה אינעם אייבערשטן"; זעט מען פון דעם וואס מען האט צו טון ווען מען האט א ספק, עס איז דא נאר איין עצה: 'גיין צו א קבר פון א צדיק און זיך דארט אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן'.


כאפ זיך אריבער מזמן לזמן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכרונו לברכה און זיי זיך דארט מתבודד, בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זיך נישט נארן אויף דער וועלט. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיך נישט לאזן נארן אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, איר זאלט אייך נישט לאזן נארן ווייל די וועלט נארט אייך; קוק מיט אן אמת'ער אויג וויפיל דער סמארטפאון קילט דיר אפ פון דיין אמונה און יראת שמים, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיך נישט נארן, איך זאל וויסן דעם אמת ביי מיר וואס איז גוט פאר עבודת השם און וואס שטערט פאר עבודת השם. הייליגער באשעפער איך בין אזוי צוגעקלעפט צו מיין טעלעפאן אז איך בין שוין ממש איבערצייגט אז דאס איז גוט פאר מיר, איך רעד זיך איין אז דאס ברענגט מיר יראת שמים; הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך נישט אפנארן, אפילו איך קען עס נאך נישט אוועק לייגן וכו' זאל איך כאטשיג וויסן אז דאס איז נישט גוט פאר מיר, איך זאל מתפלל זיין יעדן טאג אז איך זאל האבן די כח צו קענען זאגן פארן יצר הרע 'איך וויל נישט קיין טעלעפאון וואס מען קען זען אין דעם שמוץ', איך וויל זיין אן ערליכער איד. רבונו של עולם, איך ווייס דאך וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא נז:) אז אויב א מענטש דארף אריבער גיין ביי א פלאץ וואו פרויען וואשן זייערע קליידער ווען עס איז דא אן אנדערע וועג צו גיין, אבער ער גייט דוקא דורך דארט כדי צו קוקן - איז ער א רשע; הייליגער באשעפער, אויב ווען מען גייט אריבער א פלאץ וואו מען וואשט קליידער איז מען שוין א רשע, וואס זאל איך טון ווען איך גיי אריבער אלע עקעלדיגע פלעצער, איך קוק אויף מיין טעלעפאן אויסגעלאסענע בילדער, עקעלדיגע מאוויס? העלף מיר אייבערשטער, איך וויל זיין א אן ערליכער איד, געב מיר כח איך זאל קענען זאגן פאר מיר אליינס אז איך ווארף עס אוועק".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן שכל און זיך נישט לאזן נארן.

#266 - ווי אזוי קען מען זיך גרייטן פרייליכערהייט צום יום טוב פסח?
שמחה, פסח, יום טוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס איר האט געשריבן ווי אזוי מ'קען האבן א פרייליכע יום טוב, דאס האט מיר זייער איבערגענומען, צו זען ווי אזוי מ'קען זיך צוגרייטן צו א יום טוב מיט רואיגקייט און שמחה, א גרויסן יישר כח.


איך האב געוואלט בעטן אויב איר קענט שרייבן נאך איבער די גרויסקייט פון פסח, ווי אזוי מ'קען זיך צוגרייטן צום יום ווי עס דארף צו זיין פון א רוחניות'דיגע שטאנדפונקט. און אויך אויב איר קענט שרייבן ווי אזוי מ'דארף זיך אומגיין מיט'ן רייניגן לכבוד פסח, ווי אזוי מ'קען דאס טון אויף א נארמאלן אופן, נישט מיט קיין משוגעת'ן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל פקודי, י"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך; ווען א מענטש איז פרייליך פארברענט ער אלע קליפות און זיי קענען נישט האבן קיין שליטה אויף אים, ווייל די גאנצע זאך פונעם ס"מ איז עצבות און מרה שחורה, וויינען און קלאגן, מה שאין כן ביים אייבערשטן שטייט (דברי הימים-א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", עס הערשט א שמחה; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:): "אֵין הַשְׁכִינָה שׁוֹרָה אֶלָּא מִתּוֹךְ שִׂמְחָה", דער אייבערשטער רוהט נישט ביי איינעם וואס איז טרויעריג, נאר ביי א מענטש וואס איז פרייליך; ווען א מענטש איז פרייליך איז ער ביי די קדושה און אזוי אויך פארקערט, ווען א מענטש איז בעצבות איז ער ביי די טומאה. דאס איז די וועג ווי אזוי א מענטש קען זיך מעסטן וואו ער האלט אויף דער וועלט.


דערפאר דארף מען זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף שמחה, ווייל דאס איז דער שליסל צו אלע מדריגות און צו אלע הייליגקייטן. ווען א מענטש דינט דעם אייבערשטן מיט שמחה, היט אים דער אייבערשטער אפ פון אלע שלעכטס און דאס איז א שמירה אויף פגם הברית, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", ווען איך פריי זיך מיטן אייבערשטן איז: יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ – איז מער נישט דא קיין עבירות (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט).


בפרט ווען מיר גרייטן זיך צו דעם גרויסן יום טוב פסח ווען מען איז זוכה ארויס צו גיין פון די טומאה, ווייל פסח גייט דאך יעדער איד ארויס פון גלות מצרים אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קטז:): "חַיָּב אָדָם לִרְאוֹת אֶת עַצְמוֹ כְאִלּוּ הוּא יָצָא מִמִּצְרַיִם", דארף מען נאכמער מתפלל זיין אויף שמחה, ווייל אין די זעלבע צייט קומט דער יצר הרע און זוכט ווי אזוי ער קען אויפרעגן דעם איד, ווי אזוי ער קען אים אוועק גנב'נען זיינע מדריגות און זיינע קדושות, ער זוכט ווי אזוי ער קען מאכן אז דער טאטע זאל זיך אויפרעגן אויף די קינדער, אדער מאן און ווייב זאלן זיך צעאנפערן וכו'.


דערפאר דארף מען האבן ישוב הדעת און געדענקען נישט צו שרייען און זיך אויפרעגן אויף די שטוב; מענטשן מיינען אז 'שטויב איז חמץ און קינדער זענען די קרבן פסח. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מען דארף געדענקען ווען מען מאכט פסח'דיג אז שטויב איז נישט קיין חמץ און קינדער זענען נישט קיין קרבן פסח", אזוי אויך דארף מען געדענקען אז א משהו כעס איז מדאורייתא און א משהו עצבות איז חמץ גמור - אויף דעם העלפט נישט קיין ביטול א גאנץ יאר.


מען דארף זיך פרייען מיט די מצוות בפשיטות, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵך בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דער עיקר אידישקייט איז ווען מען פירט זיך פשוט אן קיין חכמות.


דער רבי איז געווען זייער שטארק קעגן חומרות (עיין שיחות הר"ן, סימן רלה) ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה ג.): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא עִם בְּרִיּוֹתָיו", נאך זאגן חז"ל (ברכות כה.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", דער אייבערשטער האט נישט געגעבן די תורה פאר מלאכים נאר פאר אונז מענטשן לויט דעם וועג ווי אזוי מיר קענען דאס מקיים זיין; דאס איז לגבי סתם חומרות, אבער אפילו אויף דאס וואס שטייט פון די פריערדיגע (עיין בספר חרדים, פרק סא) אז יעדער איד זאל נעמען א מצוה וואס אין דעם וועט ער זייער מקפיד זיין און מחמיר זיין מיט אלע הידורים וכו', אזוי ווי מען זעט אין די גמרא (שבת קיח:): "אָבִיךָ בְּמַאי זָהִיר טְפֵי' וְכוּ'", מיט דעם אלעם זאגט דער רבי אז מען מיינט נישט צו זאגן אז דער מענטש זאל אריינלייגן אין די מצוה חומרות פון שטות, שגעון און מרה שחורה, מען מיינט נאר צו זאגן אז ער זאל נעמען איין מצוה וואס אין דעם מצוה זאל ער מדקדק זיין אן קיין נארישע חומרות. הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות; עיין שם.


אפילו לגבי חומרות אום פסח האט דער רבי נישט געהאלטן אז מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט אז ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוואוסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריין געפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון; יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איין מאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צו קומען צו דעם קיין משהו חמץ, ביז דער רבי האט געטראכט אז דאס בעסטע וואסער וואלט ווען געווען "קוואל וואסער", ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


אז מיר שטייען יעצט פאר אזא הייליגע יום טוב דארפן מיר אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן זיך פרייען מיט די מצוות, אזוי ווי דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט (עיין הקדמת ספר חרדים) אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות נאר צוליב דעם וואס ער האט זיך געפריידט מיט די מצוות פונעם אייבערשטן, אפילו מען זאל אים געבן די גאנצע געלט פון דער וועלט וואלט ער נישט אוועק געגעבן קיין שום מצוה.


אז א איד פריידט זיך מיט די מצוות איז א סימן אז ער האט א ריינע אמונה און ער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות שמחה א) "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה, זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", ווען א מענטש פריידט זיך מיט די מצוות וואס ער טוט, איז א סימן אז דער מענטש איז אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#265 - כ'האב נישט באקומען די ריכטיגע הדרכה פאר די חתונה
שלום בית

תוכן השאלה‎

 לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט צוגעפירט מיט א געוואלדיגע השגחה פרטית אז איך זאל אנהויבן צו הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, די שיעורים האבן מיר ממש געעפנט די אויגן און געוויזן דעם ריכטיגן ערליכן וועג אין לעבן, אין לערנען, אין דאווענען, אין אמונה, אין שבת קודש, און אין יעדן הינזיכט אין לעבן.


איך בין א אינגערמאן וואס האט שוין חתונה געהאט פאר א שיינע פאר יאר, און איך האב ב"ה ליכטיגע קינדערלעך קע"ה. אזוי ווי ביי רוב חסידישע בחורים און אינגעלייט, האב איך אויך חתונה געהאט מיט דעם געדאנק אין קאפ אז מ'דארף זיין א פרוש, זיין ווי ווייניגער נאנט אין שטוב, וכו' וכו'. איך האב דאס טאקע מקיים געווען, איך האב נישט צופיל גערעדט און פארברענגט מיט מיין ווייב, און דערפאר האבן מיר קיינמאל נישט געהאט עכט קיין קירוב לבבות צווישן זיך. פארשטייט זיך אז דאס האט מיר גארנישט געהאלפן אין מיין ערליכקייט, איך האב זיך געמוטשעט מיט פילע שווערע נסיונות, מיט אסאך עליות און ירידות אין לויף פון די יארן.


א צייט צוריק בין איך אנגעקומען צו די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און דאן האט זיך מיט פלוצלינג געעפנט די אויגן, איך האב אנגעהויבן צו פארשטיין אז דוקא מיט'ן לעבן בשלום אחוה ואהבה מיט די ווייב, דוקא דאס וועט מיר ברענגען נענטער צום אייבערשטן און דאס איז וואס דער אייבערשטער וויל. איך האב אנגעהויבן הערן אז מ'דארף געבן גוטע ווערטער און קאמפלימענטס פאר די ווייב, און מ'דארף איר אפילו זאגן אז מ'האט איר ליב. איך בין זייער ווייט פון דעם און איך קען דאס נאכנישט טון, נאך אזויפיל יארן וואס אונזערע הערצער זענען אזוי ווייט איינער פון צווייטן. מיר דאכט זיך אז מיין ווייב האט אויך נישט קיין געפיל צו מיר, און מיט רעכט, מיר האבן קיינמאל נישט געהאט געהעריג קיין נאנטשאפט צווישן זיך.


איך בין אבער נאך זייער צעמישט אין די נושא, איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען יעצט אנהויבן צוריק צו ווערן נאנט מיט מיין ווייב און האבן צוזאמען אן ערליכע און גוטע לעבן אן קיין פרישות. איך וואלט זייער מכיר טובה געווען אויב דער ראש ישיבה קען מיר אויסקלארן אין דעם נושא.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"א אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס קענען מיר טון אז (דברים לב, יז): "חֲדָשִׁים מִקָּרֹב בָּאוּ - לֹא שְׂעָרוּם אֲבֹתֵיכֶם";  מען איז מדריך חתנים און כלות מיט חומרות און פרישות, זאכן וואס האבן נישט קיין שום שייכות מיט תורה, קיין שום שייכות מיט הלכה. מען פארדרייט דעם קאפ פון די אומשולדיגע חתנים און כלות מיט פאלשע לימודים.


דו זאלסט נישט אויסהערן איינער וואס וויל דיר אריין ברענגען אין שטוב פרישות, ווייל דאס איז עצת היצר; ער קומט מיט א פארשטעלטן פנים כאילו ער איז א פרומער און מענטשן מיט ווייניג שכל כאפן זיך גלייך צו צו פרומע משוגעת'ן. מען כאפט נישט אז דאס איז א תחבולה פונעם שטן אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין גראבע עבירות; ווייל אז מען לייגט צו צום שלחן ערוך לאזט מען נאכדעם אלעס אפ און מען ווערט א פורק עול. דער אייבערשטער האט אונז געגעבן תרי"ג מצוות, איינמאל מען לייגט צו - זאגט דער הייליגער ווילנער גאון - ווערט פון תרי"ג תרי"ד, וואס די תורה זאגט (בראשית כז, מ): "וְהָיָה כַּאֲשֶׁר 'תָּרִיד' וּפָרַקְתָּ עֻלּוֹ", אז מען לייגט צו מצוות צו די תורה ווערט מען א פורק עול.


א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן רבי'ן פרעגן ווען און וויפיל וכו'; זיין ווייב האט געהייסן חוה. האט אים דער רבי געזאגט: "עס שטייט דאך (תהלים יט, ג): וְלַיְלָה לְּלַיְלָה - יְ'חַוֶּה".


ביים רבי'ן איז נאר געווען וואס דער שלחן ערוך זאגט; דער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס איז געקומען ווייזן זיינע חידושים וואס ער האט מחדש געווען אויף א תורה אין ליקוטי מוהר"ן: "דו קענסט קנייטשן מיין ספר ווי אזוי דו ווילסט, דו קענסט זאגן פשטים אויף מיינע תורות, בתנאי אז דו זאלסט נישט אפטרעטן פון שלחן ערוך"; ווען א מענטש איז מחדש חידושים, אדער ער לערנט פאר הדרכות פאר חתנים, כלות און אינגעלייט אין ענינים פון שלום בית אדער חינוך וכדומה, דארף מען אכטונג געבן אז מען זאל נישט ווערן פארפירט און אוועק גיין פונעם דרך התורה - פון די ווערטער וואס די הייליגע חכמים האבן אונז געלערנט.


מוהרא"ש פלעגט זאגן אויף די אלע מדריכים וואס לערנען חומרות און פרישות פאר חתנים, אז זיי זענען עתיד ליתן את הדין; רוב גט'ן קומען פון דעם וואס מען איז מדריך מיט פאלשע לימודים. זיי האבן א תאוה צו זאגן חומרות פאר א צווייטן וכו'; דער רבי זאגט אויף דעם זייער שארף (ספר המידות, אות הוראה, סימן ה): "מִי שֶׁמַּחְמִיר לַאֲחֵרִים וּמֵקֵל לְעַצְמוֹ", ווער עס לערנט פאר א צווייטן חומרות ווען ער אליינס איז ווייט פון דעם אלעם, "עַל-יְדֵי-זֶה אֵינוֹ זוֹכֶה לִרְאוֹת בִּיפִי הַמֶּלֶךְ", וועט ער נישט זוכה זיין צו זען ווען משיח וועט קומען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה כה, ח): "אַל תְּהֵא אוֹמֵר עַל מַה שֶׁלֹא שָׁמַעְתָּ, שָׁמָעְתִּי, וְלֹא תְהֵא אוֹסֵר לַאֲחֵרִים וּמַתִּיר לְעַצְמוֹ, אֶלָּא יִהְיוּ יוֹצְאִין מִפִּיךָ נֶאֱמָנִין כְּשֵׁם שֶׁיָּצְאוּ מִפִּי משֶׁה, וַאֲנִי מַרְאֶה לְךָ יֹפִי פָּנִים אֶל פָּנִים" עיין שם; וויפיל אינגעלייט פאלן נעבעך אראפ אין הארבע עבירות רחמנא לצלן נאר צוליב די פאלשע חתנים און כלה טיטשערס וואס זיי פארקויפן זייערע אייגענע פארקרומטע וועגן?! מען דארף זיך זייער היטן פון זיי.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט אז ווען איך לערן מיט חתנים זאל איך נאר לערנען אינעווייניג וואס די שלחן ערוך זאגט און נישט חס ושלום צולייגן וכו', ווייל ווער עס לייגט צו צום שלחן ערוך איז אזוי ווי דער נחש הקדמוני וואס האט צוגעלייגט צום צווי פונעם אייבערשטן; דער אייבערשטער האט געזאגט פאר אדם הראשון (בראשית ג, ג): "לֹא תֹאכְלוּ מִמֶּנּוּ", מען זאל נישט עסן פונעם עץ הדעת, איז געגאנגען דער נחש און ער האט צוגעלייגט: 'לֹא תִגְּעוּ בּוֹ'. און איינמאל ער האט צוגעלייגט וכו' האט ער אראפ געווארפן דורכדעם אדם וחוה און גורם געווען אלע שלעכטס.


איך קען נישט שרייבן בפרטיות אין דעם ענין מפני הצניעות; אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי צו לעבן וכו' - אין די תורה קען מען אלעס טרעפן. אז דו וועסט צולייגן קאפ און מח ווי אזוי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געלעבט, וועסטו אלעס אליינס פארשטיין, דו וועסט זען אז דער אייבערשטער איז אין שטוב, דו וועסט זען ווי אזוי אמת'ע ערליכע אידן לעבן מיט ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#264 - כ'האב שוין אלעס געטון, פארוואס האב איך נאכאלץ נישט געטראפן מיין שידוך?
שידוכים, לימוד התורה, שמחה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 24 יאר, איך בין געוואויר געווארן פונעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד ביי די 16 יאר, זייט דעמאלט איז נאכנישט דורך א וואך וואס איך האב נישט מעביר סדרה געווען, און אויסער דעם האב איך געלערנט אסאך אנדערע לימודים, איך האלט שוין ביים ענדיגן אי"ה די 92'סטע מאל ששה סדרי משנה, איך האב שוין געענדיגט מדרש רבה, תנחומא, ספרא, ספרי, מכילתא, ספרי זוטא, און איך האב שוין געלערנט צוויי מאל ד' חלקי שלחן ערוך און תוספתא. און אין די לעצטע פאר יאר האב איך ב"ה זוכה געווען צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה.


מיין גאנצער חיות וואס האלט מיר פריש איז נאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אויך האלט איך מיט יעדן טאג די גמרא שיעור פונעם ראש ישיבה. א גרויסן יישר כח פאר די אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


און יעצט צום ענין, איך וויל שוין חתונה האבן, שוין זייט די 17 יאר זאג איך יעדן טאג די תפלות פון ספר "מציאת הזווג", איך האב שוין אויסגעזאגט גאנץ תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש זי"ע, און איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן ער זאל שוין רחמנות אויף מיר און מיר שיקן מיין שידוך, ווייל איך האלט עס מער נישט אויס. איך ווער עלטער און עלטער, און איך הויב שוין אן מורא צו האבן אז איך וועל שוין קיינמאל נישט חתונה האבן.



אפשר קענט איר מיר געבן חיזוק און אן עצה וואס איך דארף צו טון.


חיים


תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה; עס איז א פארגעניגן צו הערן פון דיר אז דו גייסט יעצט מסיים זיין די צוויי און ניינציגסטער מאל ששה סדרי משנה.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס פאסירט ווען א מענטש לערנט משניות; משניות טוישט דעם מענטש צו זיין ערליך. אזוי אויך איז "מִשְׁנָה" די אותיות "מְשַׁנֶה", ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן. משניות האט א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע און פון אלע שלעכטס, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות פון (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון אלע פראבלעמען וואו דער מענטש איז נעבעך אריין געפאלן.


איך בעט דיר זייער טייערער חיים נרו יאיר, שטארק דיר און האב בטחון אינעם אייבערשטן. מיר דארפן אויסווארטן אויף אונזער ישועה און מען טאר זיך נישט פארלירן און האבן קשיות חס ושלום. מיר דארפן גלייבן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט מיט א מורא'דיגער פונקטליכקייט, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס. דער אייבערשטער מאכט שידוכים און נאר צו אים דארפן מיר זיך ווענדן ווען מיר דארפן א ישועה און מיר דארפן אויסווארטן ביז די ישועה קומט אן.


אסאך מאל פרעגן בחורים: "פארוואס גייט מיר נישט קיין שידוך, בשעת אלע מיינע חברים האבן שוין חתונה געהאט וכו'"; וויסן זאלסטו אז דאס איז נישט קיין נייע זאך, מיר געפונען דאס שוין ביי יוסף הצדיק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פרקי דרבי אליעזר, פרק לו): "אלע שבטים, ווען זיי זענען געבוירן געווארן, זענען געבוירן געווארן מיט זיי זייער זיווג, חוץ יוסף הצדיק איז געבוירן געווארן אן א זיווג"; יוסף הצדיק וואלט אויך געקענט פרעגן: 'פארוואס האב איך נישט קיין שידוך ווען אלע מיינע ברודער האבן שוין זייער שידוך', נאר וואס האט יוסף הצדיק געטון? ער האט זיך מחזק געווען. אפילו ער האט געהאט ביטערע שווערע נסיונות; מען האט אים איינגעשפארט אין תפיסה פאר גארנישט און פאר נישט, ער איז געווען איינער אליין אין א פרעמדע לאנד וכו' וכו', מיט דעם אלעם האט ער זיך מחזק געווען, ער האט געטאנצן אין תפיסה און ער איז געווען לוסטיג און פרייליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ד, ז): אויפן פסוק (תהלים לא, ח): "אָגִילָה וְאֶשְׂמְחָה בְּחַסְדֶּךָ וגו' -  זֶה יוֹסֵף", עיין שם.


דער אייבערשטער וועט דיר העלפן אז דו וועסט בקרוב טרעפן דיין זיווג; נאר דערהאלט זיך און לערן ווייטער דיינע שיעורים כסדרן. די שלעכטע מחשבה וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר אז דו טראכסט: 'איך וועל קיינמאל נישט חתונה האבן' - דאס טראכטן אלע בחורים. דאס איז דער וועג פון דעם יצר הרע ווי אזוי ער צוקלאפט א בחור אדער א מיידל; ער מאכט זיי טראכטן שלעכטע מחשבות: 'איך וועל קיינמאל נישט טרעפן א שידוך', 'קיינער וועט מיר נישט וועלן', 'איך וועל בלייבן אליינס'.


דער יצר הרע ברענגט אריין די אלע שלעכטע מחשבות אין בחורים ווייל ביי אים איז א שמחה ווען א בחור ווערט בעצבות. דער נביא ירמיהו קלאגט (איכה א, טו): "קָרָא עָלַי מוֹעֵד לִשְׁבֹּר בַּחוּרָי", די ראשי תיבות פון די ווערטער איז עמל"ק און בלע"ם; ביי זיי איז א גאנצער יום טוב ווען נאך א בחור איז צובראכן. ווייל ווען א מענטש איז בעצבות איז ער מער נישט בעל הבית אויף זיך, דעמאלט האט דער ס"ם א גוטער געלעגנהייט אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן.


זע צו גיין אנגעטון שיין צוזאמגענומען; בדרך כלל ווען א בחור ווערט עלטער הייבט ער זיך אן נאכצולאזן וכו'. בעט איך דיר זייער, געב אכטונג אויף דיר און זע אנצוטון פרישע קליידער יעדן טאג. דער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף די קליידער; דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "אויב מען גייט מיט צעריסענע און שמוציגע קליידער זענען די קליידער תובע דעם מענטש 'פארוואס האסטו נישט אכטונג געגעבן אויף אונז?'" דערפאר זאלסטו אכטונג געבן צו גיין מיט זויבערע קליידער, מען טאר נישט גיין מיט קליידער מער ווי איין טאג. אויך זאלסטו גיין אין שויער יעדן טאג; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נ:): "רוֹחֵץ אָדָם פָּנָיו יָדָיו וְרַגְלָיו בְּכָל יוֹם בִּשְׁבִיל קוֹנוֹ"; זאלסט זיך נישט נאכלאזן און זאלסט גיין צוזאמגענומען דיין בארד און פיאות וכו'.


אויב דו וועסט זיך האלטן פריש וכו' און דו וועסט ארום גיין מיט א שמייכל וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך; דו וועסט בקרוב חתונה האבן און מגדל זיין בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, אמן.

#263 - מיינע קינדער פאלן אוועק, ווייל איך באלאנג נישט צו א ספעציעלע חסידות?
חינוך הילדים, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן צום ראש ישיבה איבער מיינע פראבלעמען וואס פלאגן מיר מיט מיינע קינדער, מיין עלטסטער בחור האט פארלאזט די שטוב, און כאטש וואס איך האלט נאך אן א נאנטע קשר מיט אים, מיר האבן א שיעור אין משניות יעדן טאג אויפ'ן טעלעפאן, אבער דאס איז נאכנישט קיין גאנצע ישועה, אלע מיינע חברים וועלכע האבן אויך קינדער אין די יארגאנג טוען שוין שידוכים, און ער איז בכלל נישט אינטערעסירט אין גארנישט.


איך באלאנג נישט צו קיין ספעציעלע חסידות, נאר צו כלל חסידי. כאטש וואס איך האב יא א רבי וועמען איך פרעג שאלות, און מיינע קינדער גייען צו אים, האט ער אבער נישט קיין חסידות. און דעריבער הער איך אסאך פון מענטשן וואס טשעפען מיר אז די סיבה פארוואס איך בין נישט מצליח מיט די קינדער איז ווייל איך באלאנג נישט צו א חסידות, און די קינדער שפירן נישט אז זיי זאלן האבן א פלאץ וואו זיי באלאנגען. עס קען טאקע זיין אז זיי זענען אפשר גערעכט, וואס זאל איך אבער טון אז מיין טאטע האט מיר געשיקט צו אזעלכע ישיבות וואס דארט בלייבט מען נאר כלל חסידי?


אפשר קענט איר ארויסהעלפן און זאגן אויב דאס איז טאקע דער אמת, און אויב יא, וואס איך קען טון צו דעם?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער חבר, יעצט איז נישט קיין צייט פון זיך באשולדיגן וכו', דאס אלעס וואס מענטשן זאגן דיר איז הבל הבלים.


מען זעט אין די תורה אז אפילו פרעה, ווען ער האט געהאט זיין שלעכטע חלום האט ער אויך געוואוסט אז אלע פותרי חלומות זענען הבל הבלים און ער האט נאר אויסגעהערט יוסף. ווען יוסף הצדיק איז געקומען און אים פותר חלום געווען האט ער אים אויסגעהערט און געזאגט (בראשית מא, לח): "הֲנִמְצָא כָזֶה אִישׁ אֲשֶׁר רוּחַ אֱלֹקִים בּוֹ?" זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה, וואס האט באוואויגן פרעה אויסצוהערן נאר יוסף הצדיק? נאר ווילאנג א מענטש רעדט נישט פונעם אייבערשטער איז אלעס נארישקייטן און אפילו פרעה, דער גוי טמא, האט דאס אויך פארשטאנען. די אנדערע פותרי חלומות האבן אים געזאגט: "דו גייסט האבן זיבן טעכטער און זיי גייען שטארבן", אדער: "דו גייסט איינעמען זיבן שטעט וכו'", שטייט (שם, ח): "וְאֵין פּוֹתֵר אוֹתָם לְפַרְעֹה", זאגט רש"י: "פּוֹתְרִים הָיוּ אוֹתָם, אֲבָל לֹא לְפַרְעֹה, שֶׁלֹא הָיָה קוֹלָן נִכְנַס בְּאָזְנָיו, וְלֹא הָיָה לוֹ קוֹרַת רוּחַ בְּפִּתְרוֹנָם", זיי האבן אים פותר חלום געווען אבער עס איז נישט אריין אין פרעה'ס אויער; ווייל ווי לאנג מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן איז אלעס נארישקייטן.


ווען יוסף האט געזאגט (שם, טז): "בִּלְעָדָי, אֱלֹקִים יַעֲנֶה אֶת שְׁלוֹם פַּרְעֹה", איך ווייס גארנישט, נאר וואס דער אייבערשטער וועט מיר מאכן פארשטיין וועל איך זאגן פאר פרעה. אדער ווען פרעה האט געענדיגט פארציילן זיין חלום האט יוסף געזאגט (שם, כה): "אֵת אֲשֶׁר הָאֱלֹקִים עֹשֶׂה, הִגִּיד לְפַרְעֹה", וואס דער אייבערשטער גייט טון האט פרעה זיך גע'חלומ'ט; האט פרעה גלייך פארשטאנען אז דער מענטש רעדט צום זאך.


דערפאר בעט איך דיר ליבער טייערער חבר, הער זיך אויף צו באשולדיגן וכו', דאס וועט דיר נאר אריין ווארפן אין עצבות און אין מרה שחורה. דער אייבערשטער פירט דער וועלט און מיר ווייסן גארנישט וואס, ווען און וואו.


וואויל איז דיר אז דו האסט א רבי וועם דו פרעגסט דיינע שאלות און דיינע קינדער גייען צו אים נעמען יראת שמים און חיזוק. דאס איז פון די וויכטיגסטע זאכן אין חינוך, צו ווייזן פאר קינדער אז מען האט אן ערליכער איד מיט וועם מען איז זיך שואל עצה וכו'. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ, וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת", ווער עס האלט זיך קליין פאר זיין רבי און פרעגט פון זיין רבי אלע זיינע ספיקות, "אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ", אפילו זיין רבי פארשעמט אים - פרעגט ער אים נאך אלץ זיינע שאלות און ספיקות, "עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן זיין גרעסער פון זיין רבי אין תורה.


די אלע וואס גיין צו רבי'ס בשעת זיי אליינס לאכן פון דעם אין שטוב, דאס איז דער גרעסטער הירוס אין חינוך. ווייל מען איז מחנך קינדער אז אלעס איז שקר רחמנא לצלן.


מענטשן מאכן חרוב מיט זייערע אייגענע הענט זייערע קינדער מיט דעם פארקרומטן שיטה אז מען דארף באלאנגען ערגעץ אפילו עס איז שקר; דאס איז אנקעגן די תורה און אנקעגן די שכל, ווייל די קינדער זיצן שבת ביים טיש און הערן כל מיני ליצנות וכו' און נאכדעם הייסט אים זיין טאטע גיין צו דעם רבי'ן, זעט דער קינד אז אלעס איז בלאף השם ישמרינו.


אויב דו ווילסט נחת פון דיינע קינדער זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף דעם; מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער? האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט ביי תיקון חצות האב איך אנגעפילט א גלאז מיט טרערן, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, אזוי האב איך זוכה געווען צו דעם".


דאס זעלבע דערציילט מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען ביי איינער פון אנשי שלומינו; ער האט געהאט צען קינדער וואס אלע זענען געווען ערליכע אידן און בעלי מידות טובות וכו'. ווען מען האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האט איר זוכה געווען צו דעם?" האט ער געזאגט: "וואס מיינט איר, איך האב זיי אראפ געריסן פון בוים? איך האב יעדע נאכט געוויינט צום אייבערשטן, איך האב אנגעפילט מיין קאפל מיט מיינע טרערן און איך האב זיך אפגעוואשן מיין פנים מיט די טרערן".


שטארק דיר און שטארק דיין ווייב; זע אז עס זאל הערשן א פאזעטיווער לופט ביי ענק אין שטוב. ווען דו שפירסט אז דו דארפסט וויינען זאלסטו טון וואס יוסף האט געטון (בראשית מג, ל): "וַיְבַקֵּשׁ לִבְכּוֹת, וַיָּבֹא הַחַדְרָה, וַיֵּבְךְּ שָׁמָּה", ווען יוסף האט געשפירט ווי ער דארף וויינען, איז ער ארויס אין א זייטיגע צימער און דארט האט ער געוויינט; איך בעט דיר, זיי שטארק מיט אלע דיינע כוחות און זע עס זאל זיין א פרייליכע לופט אין שטוב.


חוץ פון דיין שיעור וואס דו לערנסט מיט דיין זון זאלסטו זען צו שמועסן מיט אים סתם זאכן; נייעס וכדומה לזה. די קשר צווישן דיר און אים דאס איז נאך מער וויכטיגער פון אלעמען.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער און ביי דיינע אייניקלעך בקרוב, אמן.

#262 - א כשר'ע סמארטפאון מיט א פילטער, וועט שאטן פאר מיינע קינדער?
חינוך הילדים, קאמפיוטער, סמארטפאון, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, איך בין ממש צוגעבינדען צו די שיעורים, און איך בין זיך מחיה מיט זיי.


איך בין א אינגערמאן מיט א ווייב און קינדער ב"ה, איך האב א שיינע פרנסה און איך לערן א האלבן טאג. צו מיין ארבעט האב איך א סמארטפאון מיט זייער א גוטע פילטער פון מיין קהלה, עס האט נישט קיין גוגל, ווידיא, סאושעל מידיא, וואטסאפ גראפס, און אזוי ווייטער, נאר די וויכטיגע אפליקאציעס וואס איך דארף האבן פאר די ארבעט, און איך נוץ עס טאקע נאר פאר די ארבעט און נישט פאר נארישקייטן און ליידיג גיין.


לעצטנס האבן מיר אבער מענטשן אנגעהויבן צו זאגן אז אפילו איך האב א גוטע פילטער און איך נוץ עס נאר פאר נויטיג, איז עס אבער נאכאלץ נישט גוט פאר די קינדער, ווייל זיי קענען נישט מבחין זיין וואס ס'איז יא וויכטיג און וואס נישט, וואס איז יא כשר און וואס נישט, און ביי זיי בלייבט אין קאפ אז דער טאטע האט א סמארטפאון און דאס וועלן זיי וועלן נאכמאכן.


מיר איז שווער אויפצוגעבן דעם סמארטפאון וואס איך נוץ פאר די ארבעט, און אויך דארף איך האבן קשר מיט מענטשן פון חוץ לארץ פאר די ארבעט און דאס איז שווער צו טון בלויז מיט'ן רעדן אויפ'ן טעלעפאן. איך מיין אז ווען א טאטע איז מתפלל פאר זיך און פאר די קינדער, ער האט נאר געפילטערטע סמארטפאון פאר די ארבעט, און אויף צום רעדן האט ער א באזונדערע פשוטע טעלעפאן, הייסט דאס שוין אז ער האט געטון גענוג גוט וואס ער דארף צו טון, און ער דארף נישט זיין אזוי באזארגט.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען זאגן וואס ס'איז דער דרך התורה ביי דעם.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טאטע מאמע וואס ווילן זען נחת פון זייערע קינדער דארפן פארגיסן אסאך טרערן צום אייבערשטן אויף דעם.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער - זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵך בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם, לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים אינעם בית המקדש. און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטוהן די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער.


וויסן זאלסטו אז מיר האבן אין אונזער דור א צרה וואס רופט זיך: "אינטערנעט"; דאס האט שוין חרוב געמאכט זייער אסאך אידישע שטובער. דאס ברענגט אז מען זאל אראפפאלן אין עבירות און פארלירן די אמונה און יראת שמים רחמנא לצלן. א איד טאר נישט האבן ביי זיך אין שטוב א קאמפיוטער אדער סיי וואסערע כלי וואס מען קען זיך מחבר זיין צום אינטערנעט, ווייל ביים סוף וועט מען אלעס פארלירן וכו'.


וואס זאל איך דיר זאגן, דער ס"מ האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפ ווארפן אידישע קינדער, בחורים און מיידליך, גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג, דער בחור קויפט זיך א סמארטפאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, דארף ער שוין נישט גיין אין ערגעץ. ער זיצט ביי זיך באהאלטן און קוקט דארט אפ אלע שמוץ וואס איז דא אויף דער וועלט רחמנא לצלן.


דאס וואס מענטשן זאגן דיר אז קינדער זעהן ווי דער טאטע פירט זיך און אזוי וועלן זיי אויך טון, דאס איז דער פאקטישער מציאות. אזוי זאגן די הייליגע חכמינו זכרונם לברכה (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא - אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד רעדט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליינס, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. קינדער וואס זעהן ווי דער טאטע שפילט זיך טאג און נאכט מיט זיין טעלעפאן, וועלן די קינדער זיך קויפן שטילערהייט א טעלעפאן און זיין פארנומען דערמיט טאג און נאכט. אזוי אויך, קינדער וואס זעהן ווי דער טאטע לערנט און דאווענט וועלן זיי אויך זיין ערליכע אידן.


דו שרייבסט אז דו דארפסט דאס פאר דיין ארבעט; וויסן זאלסטו אז נאך די צייט פון די ארבעט, ווען דו גייסט אהיים צו דיין שטוב דארפסטו פארמאכן וכו' און זיין פארנומען מיט דיין ווייב און קינדער. א מענטש וואס וויל נחת זען פון זיינע קינדער דארף אכטונג געבן נישט אריין צו ברענגען אין שטוב זיין קאמפיוטער; סמארטפאון וכו'; ארבעט איז ארבעט, אבער ווען מען איז אין שטוב דעמאלט נוצט מען נישט די אלע זאכן.


איך האף אז דו וועסט נישט אהיים ברענגען דיין סמארטפאון; דאס וועט זיין די גרעסטע חינוך פאר דיינע קינדער, ווייל זיי וועלן זען ווי זייער טאטע איז ערליך, ער דאווענט און לערנט און נוצט זיין טעלעפאן נאר פאר זיין ארבעט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#261 - זאל איך מאכן מיין ווייב טוישן פון א שייטל צו א טיכל?
שלום בית, צניעות, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די ראש ישיבה פאר אלע עצות און לימודים וואס ברענגט אונז זייער א שיינע לעבן.


לעצטנס איז נאכאמאל נתעורר געווארן א שאלה וועגן שייטלעך, בעיקר ביי די יומען אבער אויך ביי די סינטעטישע, און מיר האבן דאס געוואלט איבערשמועסן מיט'ן ראש ישיבה.


מיין ווייב גייט מיט א שייטל, און מיר האט זייער געשטערט אז ס'איז דא שאלות אויף דעם, איך האב אבער נישט געוואלט מוטשען מיין ווייב דערוועגן. ווען זי האט מיר אבער געפרעגט וואס איך האלט דערוועגן, האב איך איר געזאגט דעם אמת אז כאטש וואס איך ווייס נישט פונקטליך די הלכה, בין איך אבער מוותר אויף די שייטל, איך האב חשק אז זי זאל גיין נאר מיט א שפיצל, וואס דאס איז די מערסטע לכתחלה'דיג, סיי אלס די הלכה שאלות, און סיי אז ס'איז מער צניעות'דיג. ווי מער די צניעות פאלט, דארף מען מאכן שטערקערע גדרים.


למעשה וויל מיין ווייב וויסן, אויסער די פשוטע חיוב צו טון וואס דער מאן וויל, אויב זי דארף אויסטון דעם שייטל צוליב די שאלות וואס איז דא אין דעם, למעשה רעדן נישט די רבנים דערוועגן, איז דאס אפשר בלויז אן הידור, און זי קען איגנארירן די גאנצע זאך און גיין ווייטער אנגעטון אזוי ווי איר גאנצע משפחה גייט.


א גרויסן יישר כח.


מענדל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע די הלכה'דיגע חלק צי א שייטל איז אסור ווייל עס קומט פון עבודה זרה - דאס זאלסטו פרעגן א דיין. דו וואוינסט דאך אין ... גיי פרעג הרה"ג ר' ... שליט"א; לויט וויפיל איך געדענק פון יארן צוריק דארף א שייטל האבן א הכשר אז דאס קומט נישט פון די האר וואס מען שערט זיך פאר עבודה זרה אין אינדיע וכו'.


איך בעט דיר זייער שטארק דו זאלסט מכבד זיין דיין ווייב און איר נישט באצווינגען וכו'; זי איז אן ערליכע און א איידעלע. דו דארפסט איר פארשטיין אז זי וויל טון דיין רצון און דיין ווילן וכו', אבער פון די אנדערע זייט האט זי שוועסטערס און משפחה וכו'; דאס מאכט איר וועלן גיין ווי אזוי זיי גיין אנגעטון וכו'. אויב דיין ווייב איז מסכים זיך צו טוישן וכו', איז זיכער אז א טיכל איז מער צניעות'דיג און אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו די ברכה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא וישלח, ו): אויפן פסוק (תהלים קכח, ג): "אֶשְׁתְּך כְּגֶפֶן פּוֹרִיָּה" ווען איז א פרוי ווי א וויינשטאק, ווען איז א פרוי זוכה צו זיין "כְּגֶפֶן פּוֹרִיָּה" אויפצושטעלן א שטוב מיט קינדער? ווען זי איז "בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶך"; ווען זי פירט זיך איידל און גייט אנגעטון איידל, דעמאלט וועט זי זוכה זיין צו די ברכה פון "בָּנֶיך כִּשְׁתִילֵי זֵיתִים", זי וועט אויפשטעלן קינדער וואס וועלן געזאלבט ווערן מיטן שמן המשחה, עיין שם.


די וויכטיגסטע זאך אין שלום בית איז אז מאן און ווייב רעדן זיך דורך איינער מיטן צווייטן, מען הערט אויס איינער דעם צווייטן און מען פארשטייט יענעמס הרגשים וכו'. מען קען נישט ארויפצווינגען די אייגענע ווילן אויפן צווייטן, ווער רעדט נאך פון טשעפען א ווייב, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", א מענטש זאל זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען זיין ווייב, "מִתּוֹך שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל זי וויינט זייער שנעל. מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן צו אונז פון שלום בית און דאס איז פון די יסודות אין "היכל הקודש".


דערפאר בעט איך דיר זייער, דו זאלסט נישט באצווינגען דיין ווייב זי זאל זיך טוישן וכו' אפילו דו מיינסט גוטס; דו ווילסט אן ערליכער שטוב און דו ווילסט מען זאל גיין ביי דיר מיט אן ערליכן לבוש וכו'. אבער געב אכטונג אז דיין ווייב זאל נישט האבן א פחד פון דיר, ווייל אויב מען לייגט א פחד אין שטוב פארלירט מען אלעס רחמנא לצלן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "לְעוֹלָם אַל יַטִּיל אָדָם אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹך בֵּיתוֹ", א מענטש זאל נישט ווארפן א שרעק אויף זיין ווייב און קינדער, "שֶׁהֲרֵי פִּילֶגֶשׁ בְּגִּבְעָה הִטִּיל עָלֶיהָ בַּעֲלָהּ אֵימָה יְתֵירָה וְהִפִּילָה כַּמָּה רְבָבוֹת מִיִּשְׂרָאֵל". ווייל די מעשה פון פילגש בגבעה ווי זיבציג טויזענט אידן זענען גע'הרג'עט געווארן האט זיך אנגעפאנגען פון א מענטש וואס האט געווארפן א פחד אויף זיין ווייב, נאך זאגן חז"ל (שם): "אָמַר רַב יְהוּדָה אָמַר רַב, כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹך בֵּיתוֹ סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלשׁ עֲבֵירוֹת, גִלּוּי עֲרָיוֹת, וּשְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת". ווער עס ווארפט א פחד אויף זיין ווייב וועט נאכדעם צוקומען צו די דריי הארבע עבירות פון גילוי עריות, שפיכות דמים און חילול שבת.


איך פארשטיי דיר גאנץ גוט אז דו ווילסט דיין שטוב זאל זיין מער צניעות'דיג,  ווייל עס זענען דא פוסקים וואס האלטן (סמ"ק, מצוה נז) אז צניעות ביי פרויען איז א דאורייתא, נישט סתם א חומרא. און דו ווילסט זוכה זיין צו די ברכות וואס מען באקומט ווען די פרוי פירט זיך בצניעות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא וישלח, ו): אויפן פסוק (תהלים מה, יד): "כָּל כְּבוּדָּה בַּת מֶלֶך פְּנִימָה" - אָמַר רַבִּי יוֹסֵי כְּשֶׁהָאִשָּׁה מַצְנַעַת אֶת עַצְמָהּ בְּתוֹך הַבַּיִת, רְאוּיָה לְהִנָּשֵׂא לְכֹהֵן גָדוֹל, וְתַעֲמִיד כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים", אויב א פרוי פירט זיך בצניעות וועט זי האבן קינדער גרויסע צדיקים, נאך זאגן חז"ל (שם): "אָמַר רַבִּי פִּנְחָס הַכֹּהֵן בַּר חָמָא, בִּזְמַן שֶׁהִיא צְנוּעָה בְּתוֹך הַבַּיִת, כְּשֵׁם שֶׁהַמִזְבֵּחַ מְכַפֵּר כָּך הִיא מְכַפֶּרֶת עַל בֵּיתָהּ", ווען א פרוי גייט בצניעות און זי פירט זיך איידל, איז זי מכפר אויף איר הויז אזוי ווי דער מזבח; אבער מען קען נישט ארויפצווינגען וכו'.


אויב דו וועסט לעבן בשלום מיט איר, דו וועסט איר מכבד זיין, דו וועסט איר לויבן און געבן כסדר לויב ווערטער, וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט רוען ביי דיר אין שטוב און דו וועסט זוכה זיין צו אלע ברכות און צו אלעס גוטס.


איך האף אז דו וועסט זיין א מבין דבר מתוך דבר און דו וועסט מיר פאלגן.

#260 - זאל איך לערנען אין כולל, אדער סתם אין שול?
כיבוד אב ואם, לימוד התורה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 17 יאר, איך האב געהאט שוועריקייטן צו טרעפן א ישיבה, און דעריבער בין איך נישט יעצט אין א מסגרת פון א ישיבה. איך האב זיך געטראפן א שול נעבן מיין הויז, וואו איך זיץ דארט און איך לערן אויף סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, ח"י פרקים משניות, גמרא, חומש רש"י, און אזוי ווייטער.


מיינע עלטערן זענען אבער נישט צופרידן דערפון, זיי זאגן אז אויב איך לערן סיי ווי פלייסיג, זאל איך זיך שוין אריינזעצן אין א כולל וואו ס'לערנען אסאך אינגעלייט און בחורים, זיי זאגן אז דאס וועט מיר העלפן סיי פאר שמירת הזמנים, און אויך פאר שידוכים.


מיר איז אבער גרינגער צו זיצן אין א האלב ליידיגע שול, איך האב נישט קיין פרעשור פון קיינעם, און ווען איך לערן איז עס מער אמת'דיג און נישט ווייל יענער קוקט.


וואס וואלט געווען די ריכטיגע שריט פאר מיר צו טון?


יישר כח פאר אייער טייערע צייט.


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען דיר נישט ענטפערן אויף דיין שאלה ווען איך קען דיר נישט; איך ווייס נישט צי דו לערנסט פלייסיג און צי דו בטל'סט נישט דיין צייט.


קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עדיות ה, ז): ווען עקביא בן מהללאל האט געהאלטן פארן נפטר ווערן, האט זיין זון געבעטן פון אים: "אַבָּא, פְּקּוֹד עָלַי לְחֲבֵרֶיךָ", זאג פאר דיינע חברים זיי זאלן מיר מקרב זיין. האט אים עקביא בן מהללאל געענטפערט: "אֵינִי מַפְקִיד", איך זאג זיי גארנישט וועגן דיר; האט ער געפרעגט: "שֶׁמָּא עַוְלָה מָצָאתָ בִּי"? טאטע, ביסט ברוגז אויף מיר? דו האסט געטראפן אין מיר א זאך וואס איך טו נישט גוט, אז דו ווילסט נישט בעטן די חברים זיי זאלן מיר מקרב זיין? האט אים עקיבא בן מהללאל געענטפערט: "ניין, איך בין נישט ברוגז אויף דיר, נאר: 'מַעֲשֶׂיךָ יְקָרְבוּךָ וּמַעֲשֶׂיךָ יְרַחֲקוּךָ', דיינע גוטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מקרב זיין, און דיינע שלעכטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מרחק זיין".


דאס זעלבע זאג איך דיר: "מַעֲשֶׂיךָ יְקָרְבוּךָ וּמַעֲשֶׂיךָ יְרַחֲקוּךָ", אז דיין טאטע וועט זען ווי דו לערנסט דו בטל'סט נישט קיין צייט און דו פירסט זיך מיט יראת שמים, וועט אים נישט אנגיין אז דו זיצסט פאר דיר און דו לערנסט; ער וועט נאר ווערן יונגער מיט אפאר יאר און עס וועט אים געבן געזונט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן מב): "בָּנִים הַטּוֹבִים - רְפוּאָה גְּדוֹלָה לָאָבוֹת", גוטע קינדער מאכן געזונט די עלטערן; אבער אז דו וועסט אויפשטיין שפעט און נישט דאווענען מיט מנין, דו וועסט זיך דרייען אין שטוב - יעדן טאג מיט אן אנדערער תירוץ, איז טאקע בעסער דו זאלסט זיך זוכן א כולל, א מסגרת וואו צו זיצן און לערנען.

#259 - וואס טוט א שמש אין שול מיט די פילע גליונות?
בית המדרש, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א שמש אין א שול, עס קומט אן יעדע וואך ביי מיר אין שול דער גליון היכל הקודש, די מתפללים זענען זיך זייער מחי' דערמיט, אזעלכע שיינע חיזוק און עצות און אזוי געשמאק צו ליינען.


מיין פראבלעם איז אבער ווען עס קומט נאך שבת און איך דארף אוועקלייגן די גליונות, עס הויפנט זיך אן יעדע וואך נאך און נאך גליונות און איך ווייס נישט וואס צו טון דערמיט. איך האב געוואלט וויסן אויב די גליונות האבן די זעלבע קדושה ווי א ספר און מען מוז דאס לייגן אין שמות, אדער קען מען דאס אוועקווארפן אויף א בכבוד'דיגע אופן?


יישר כח פאר אייער צייט.


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך אז דו האסט זוכה געווען צו זיין א שמש; א שמש טראגט אויף זיך א גרויסער אחריות, ווייל א שול איז א פלאץ וואו אלע סארטן מענטשן קומען זיך צוזאמען. עס קומען צובראכענע מענטשן, אנגעצויגענע מענטשן וכו' וכו'; בדרך כלל אויף וועמען גיסט מען אויס אלע צרות? אויפן שמש.


אויב דער שמש איז זוכה, ער גרויסט זיך נישט אויף קיינעם, דאן איז ער זייער באליבט ביים אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה ה:): "תָּנוּ רַבָּנָן, שְׁלֹשָׁה - הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בּוֹכֶה עֲלֵיהֶן בְּכָל יוֹם", אויף דריי מענטשן וויינט דער אייבערשטער כביכול יעדן טאג, איינער פון זיי איז: "עַל פַּרְנָס הַמִתְגָּאֶה עַל הַצִּבּוּר", אויף איינער וואס גרויסט זיך אויפן צבור; איז דאך זיכער אז ווען עס איז פארקערט, ווען דער פרנס גרויסט זיך נישט אויפן צבור, נאר ער האט רחמנות אויף אלעמען, ער פארגינט יעדן איינעם, ער געבט א גוט ווארט פאר יעדן איינעם, איז ער זיכער זייער חשוב ביים אייבערשטן.


וואויל איז דיר אז דו ביסט זוכה צו זיין א שמש אין א שול; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג:): ווען דער ארון איז געווען אין שטוב פון עובד אדום פלעגט ער אויסקערן דעם פלאץ וואו דער ארון איז געלעגן און אויפוואשן ארום דעם ארון, האט אים דער אייבערשטער געבענטשט. אזוי ווי עס שטייט (שמואל-ב ו, יב): "וַיְבָרֶךְ ה' אֶת עֹבֵד אֱדֹם וְאֶת כָּל בֵּיתוֹ", אין דעם זכות וואס ער האט גערייניגט דעם פלאץ וואו דער ארון איז געליגן; איז דאס זעלביגע א שמש וואס איז מסדר א בית המדרש עס זאל זיין ריין און צוזאמגענומען, דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו געבענטש ווערן פונעם אייבערשטן.


אלע שול'ן מוטשען זיך מיט שמות לגניזה; סיי צוליב וואס מענטשן ברענגען דארט זייערע צעריסענע ספרים פון שטוב און סיי פון די גליונות וואס קומען ארויס מידי שבת בשבתו, אסאך שול'ן לאזן טאקע נישט אריין קיין שום גליון מיט'ן טענה אז עס מאכט אויפגעווארפן דעם שול און עס בלייבט נאכדעם גאנצע זעק מיט שמות לגניזה. פון די אנדערע זייט זענען דא שול'ן וואס האבן יא הנאה פון דעם, און לגבי שמות נעמען זיי אן די פסק פון די פוסקים וואס האלטן אז מען קען דאס אוועק ווארפן וכו' בדרך כבוד, דאס הייסט מען זאל דאס לייגן אין א זעקל און אזוי אוועק ווארפן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און סבלנות; א שמש דארף אסאך סבלנות און אסאך שכל צו וויסן ווי אזוי מען קען זיך אויסקומען מיט אלע מתפללים, ווי אזוי צו קענען נעמען טענות וכו' און נישט צו ווערן באליידיגט.


געדענק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ב): "וְכָל הָעֲמֵלִים עִם הַצִּבּוּר, יִהְיוּ עֲמֵלִים עִמָּהֶם לְשֵׁם שָׁמַיִם", די אלע וואס זענען עוסק מיט מענטשן זאלן אינזין האבן לשם שמים; אויב מען האט אינזין דעם אייבערשטן, איז מען מצליח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.

#258 - ווי אזוי רעאגיר איך ווען כ'האב איינעם געכאפט מיט חילול שבת?
שבת קודש, חיזוק פאר מיידלעך, אמונה, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר די שעורים און חיזוק.


איך האב דרינגענד גאר א וויכטיגע שאלה. איך בין א מיידל און איך לערן אין א סעמינאר. דעם שבת האט א מיידל מיר געבעטן אז איך זאל איר אויפוועקן שבת אינדערפרי. איך ווען איך בין אריינגעקומען אין איר צימער שבת צופרי האב איך געזען ווי זי שלאפט אין איר בעט מיט עיר-פאונס אין איר אויער!


איך בין געווארן אויפגעשוידערט, אבער איך האב פרובירט זיך איינצוהאלטן. און ווי נאר זי האט זיך אויפגעוועקט און מיך דערזען, האט זי זיך שנעל באדעקט די אויער מיט די דאכענע און ארויסגענומען די עיר-פאונס.


וויפיל איך ווייס איז זי אן ערליכע און גוטע מיידל, און דערפאר האב איך שטארק פרובירט איר דן צו זיין לכף זכות, און אפשר איז עס נישט געווען קיין חילול שבת ווי ס'האט אויסגעזען. די פראבלעם איז אז אויב ס'איז דאך יא חילול שבת, וואס דארף איך טון? קען איך איר דען צולאזן אז דאס זאל אנהאלטן אפילו פאר נאך איין שבת?!


וואס קען איך אבער באמת טון צו דעם? וואס דארף איך איר זאגן? איך ווייס אויך נישט צי איך בין דער פאסיגסטער מענטש איר עפעס צו זאגן דערוועגן, ווייל איך בין נישט זייער נאנט מיט איר. אבער קיינער אנדערש ווייסט נישט פון דעם, און וועמען קען איך דערציילן אזא זאך? וועמען קען איך געטרויען און דערציילן פון דעם, אן דעם וואס עס זאל בלייבן פאר די מיידל אן אייביגער שלעכטער פלעק? ווייל איך ווייס אז באמת איז זי א גוטע מיידל.


איך וואלט עס זייער געשעצט אויב דער ראש ישיבה וואלט מיר געקענט ענטפערן נאך פאר דעם קומענדיגע שבת.


א גרויסן יישר כח!

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב איז די מיידל טאקע אזוי ווי איר זאגט, א וואוילע מיידל; דעמאלט זאלט איר איר נישט פארשעמען און איר זאלט דאס פאר קיינעם נישט דערציילן.


איר זאלט איר מחזק זיין זי זאל היטן שבת; ווען א מענטש איז זוכה און ער האלט שבת, ער איז נישט מחלל דעם שבת, איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח:): "כָּל הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתוֹ - אֲפִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה כְּדוֹר אֱנוֹשׁ, מוֹחֲלִין לוֹ", ווען א מענטש היט אפ דעם שבת איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות; עס איז נישט דא קיין שענערע זאך ווי שבת, שבת איז די שענסטע מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת י:): "אָמַר לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְמֹשֶׁה, מַתָּנָה טוֹבָה יֵּשׁ לִי בְּבֵית גְּנָזֵי וְשַׁבָּת שְׁמָהּ, וַאֲנִי מְבַקֵּשׁ לִיתְּנָהּ לְיִשְׂרָאֵל, לֵךְ וְהוֹדִיעָם", דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו, איך האב א גוטע מתנה איך וויל עס געבן פאר די אידישע קינדער, גיי זאג זיי פון די שיינע מתנה.


ווען מען וויל מחזק זיין א צווייטן איד, דארף מען דער עיקר רעדן דיבורי אמונה, ווייל אז מען האט אמונה האט מען אלעס. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מא.): "דְדָּא בֵּיהּ כּוּלָא בֵּיהּ, דְּלֹא דָא בֵּיהּ מַּה בֵּיהּ", אויב האט מען אמונה האט מען אלעס און אז מען האט נישט קיין אמונה האט מען גארנישט; דאס וואס מען זעט אז מענטשן פאלן נעבעך אראפ אין עבירות דאס איז ווייל עס איז ביי זיי אויסגעלאשן די אמונה, אבער אז מען גלייבט אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז איבעראל, דעמאלט איז נישט שייך מען זאל זיך באהאלטן צו טון שלעכטע זאכן.


איינמאל מען לעבט מיט אמונה איז דער מענטש א גליקליכער מענטש, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות אמונה, סימן לג): "עַל-יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ-בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", ווען א מענטש האט אמונה און ער גלייבט אינעם אייבערשטן, איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות; און ער וועט לכתחלה נישט אראפפאלן אין עבירות, ווייל ער לעבט מיט אמונה, ער לעבט מיט די מחשבה אז דער אייבערשטער איז מיט אים. דערפאר האט זיך דער רבי זייער פארלייגט אויף אמונה, אזוי ווי ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה".


פון ווען דער רבי האט זיך אריין געצויגן קיין אומאן, האט דער רבי געהאלטן אין איין רעדן נאר פון אמונה; ווייל ווען א מענטש האט אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער און קיין שום זאך פירט זיך נישט אליין, נאר דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, איז אים אלעס פיין און אלעס גוט.


אויב די מיידל איז פארדארבן, דאס הייסט זי רעדט אנקעגן די אמונה, זי רעדט ליצנות ווערטער אויף די תורה און אויף צדיקים - דארף מען אנטלויפן פון אזא איינעם, ווייל א חבר האט זייער א שטארקע השפעה אויפן מענטש און מען קען זייער גרינג נאכגעשלעפט ווערן חס ושלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#257 - ווי אזוי ווייס איך ווער ס'איז דער אמת'ער צדיק?
יבנאל, חינוך הילדים, מחלוקת, צדיקים, מוהרא"ש, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


יישר כח פאר די ענטפער וואס איר האט מיר געגעבן, איך בין אבער נאכאלץ זייער צומישט אין דעם ענין פון אמונת חכמים ווי ווייט דאס גייט, דארף איך טאקע אינגאנצן אויפהערן צו טראכטן מיט מיין אייגן שכל און זיך אינגאנצן אוועקגעבן פאר א צדיק, איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט ווי אזוי מ'טוט דאס.


איך בין מקורב צו מוהרא"ש ז"ל, איך וואוין אין יבנאל, און איך פרובירט מחנך צו זיין מיינע קינדער אויף דעם וועג, אבער אין דעם ענין פון אמונת חכמים בין איך נישט קלאר, יעדער שרייט אז א צווייטער איז דער צדיק, ווי אזוי קען איך וויסן וועמען איך דארף נאכגיין, ווי אזוי קען מען זיך אוועקגעבן דעם שכל און פאלגן נאר איין צדיק?


יעדער שרייט דאך אז א צווייטער איז דער צדיק, ווי אזוי ווייס איך וועמען צו טראסטן, ווי אזוי ווייס איך צו וועמען איך דארף האבן אמונת חכמים, און ווי אזוי בין איך מחנך די קינדער נישט צו ווערן אריינגעמישט אין מחלוקת חס ושלום?


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה - זכור, ח' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי ווייסט מען וועם צו טראסטן וכו'; אויף דעם דארף מען אסאך וויינען און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט לאזן אפנארן פונעם יצר הרע, ווייל דער יצר הרע פרובירט מיט אלע וועגן אוועקצושלעפן דעם מענטש פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער ר' נתן האט געזאגט: "ווען איך ווייס שוין אלע עצות און אלע תחבולות ווי אזוי ניצול צו ווערן פונעם יצר הרע, קומט דער יצר הרע מיט א פרישע וועג וואס איך האב נישט געטראכט אז דאס וועט קומען וכו'"; דערפאר דארף א מענטש שטענדיג בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל זיך נישט לאזן נארן.


היינט איז ליידער א וועלט מיט גרויסע שקרנים און פאפערס וואס זוכן צו פארנארן מענטשן און ארויס קוועטשן פון זיי געלט און געניסן פון זייער כבוד וכו'. מען רעדט אויף א הויכע שפראך און מען באנוצט זיך מיט לשונות פון קבלה וואס דער צוהערער האט נישט קיין אנונג וואס ער זאגט און דער וואס זאגט דאס ווייסט נאכמער נישט וואס ער זאגט און עולם גולם לויפט דאס נאך וכו'.


א מענטש דארף זיך שטענדיג מאכן א חשבון הנפש, מען דארף זיך כסדר פרעגן מיטן לשון פון ספורי מעשיות (מעשה א' מאבדת בת מלך): "וואו בין איך אויף דער וועלט?" "וואס טו איך אויף דער וועלט?" האב איך היינט געעפענט א חומש? האב איך היינט געלערנט אפאר פרקים משניות? האב איך היינט געזאגט אביסל תהילים? דאס דארף א מענטש זען אריינצוכאפן יעדן טאג, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג אפאר פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים, און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים".


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלֹּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין חזר'ן דער שיחה און מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט אז דער שיחה דארף זיין דער קאמפוס פונעם מענטש; פונקט אזוי ווי ווען א מענטש פארט אין א שיף אויפן וואסער האלט ער מיט זיך די גאנצע צייט א קאמפוס, כדי ער זאל וויסן צי ער פארט אינעם גוטן ריכטונג, ווייל ווען מען איז אויפן וואסער זעט מען נישט דעם סוף און עס קען אמאל אויסקומען אז מען זאל פארן א לאנגע צייט אין וואסער און באמת איז מען אויפן זעלבן פלאץ, מען האט זיך גארנישט גערוקט נאר מען איז געפארן די גאנצע צייט רינגס און ארום, אבער אז מען קוקט אויפן קאמפוס וואס איר מאגנעט ציט צו צפון זעט ער וואו ער פארט. דאס זעלבע דארף א מענטש לעבן מיט א חשבון הנפש; א מענטש דארף זיך משפט'ן יעדן טאג און אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך?" "רבונו של עולם, איך וויל גארנישט, איך וויל נאר טון דיין רצון".


אזוי אויך דארף א מענטש שטענדיג קוקן אויף זיך; אזוי ווי מען זעט אז בגשמיות לאזט זיך א מענטש נישט נארן, א מענטש טוט וואס איז גוט פאר אים. ער קוקט ווי אזוי ער קען מצליח זיין און ווי ער קען עפעס פארדינען, דאס זעלבע - און נאך מער - דארף א מענטש קוקן ברוחניות: 'וואו קען איך פארדינען?' 'וואו קען איך מצליח זיין?' א מענטש וואס לעבט מיט א חשבון מאכט זיך א פשוט'ער חשבון: 'איך גיי צו א רבי, וואס געבט מיר דער רבי? וואס באקום איך פון דעם רבי'ן? אויב באקום איך נישט קיין תורה ותפילה, וואס האב איך אז דער רבי פליט אין הימל? וואס האב איך אז דער רבי האט רוח הקודש? וואס האב איך אז דער רבי רעדט א הויכע שפראך, ער רעדט צו נשמות?!' און פארקערט אויך, א מענטש דארף זיין זייער שטארק ביי זיך און טראכטן: 'אויב איך דריי זיך ביי אן ערליכער איד און ער ברענגט מיר צו די הייליגע תורה, ער ברענגט מיר צו צו לעבן מיטן אייבערשטן, קען מיר קיינער נישט אוועק נעמען פון אזא פלאץ, אז איך האב געטראפן א רבי וואס קלעבט מיר צו צום אייבערשטן וועל איך דעם רבי'ן קיינמאל נישט אפלאזן'.


מענטשן פרעגן א קשיא: "וואו איז דער אמת? ווער כאפט אן דעם אמת? יעדער איינער שרייט דאך מיר האבן דעם אמת?!" פרעג א ברסלב'ער חסיד: "וואו איז דער אמת? וועט ער דיר גלייך זאגן: "ביי אונז!" פרעג א חב"ד'סקער חסיד: "וואו איז דער אמת?" וועט ער אודאי ענטפערן: "ביי אונז"; זיצט א ראש ישיבה מיט זיינע תלמידים און קאכן זיך און לויבן זיך: "אה, מיר זענען ביים אמת", ווען אין די זעלבע צייט איז דא א חבורה אין די אנדערע עק וועלט וואס פרייען זיך: "מיר זענען ביים אמת"; נו, פרעג איך אייך: "וואו איז דער אמת? ווי אזוי ווייסט א מענטש אז ער איז ביים אמת? אזוי זיכער ווי דו ביסט אז דו ביסט ביים אמת און דו האסט רחמנות אויף יענעם אז ער ווייסט נישט פון דיין אמת, פונקט אזוי זיכער איז יענער אז ער איז ביים אמת און דו ביסט ביים שקר, נו וואו איז טאקע דער אמת?!"


פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגן, אז דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נא): אמת איז נאר דער אייבערשטער, אזוי ווי עס שטייט א פסוק (ירמיהו י, י): "וַה' אֱלֹקִים אֱמֶת", דער אייבערשטער איז אמת; אויב דו דרייסט זיך ביי א רבי, רב, גוטער איד, וכו' וכו' און ער רעדט צו דיר פונעם אייבערשטן, ער ברענגט אריין אין דיר אמונה און דו הייבסט אן לעבן מיטן אייבערשטן, דו הייבסט אן רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף דיר פארציילסטו פארן אייבערשטן, ווען זאכן גייען נישט אזוי ווי דו ווילסט לעבסטו ווייטער מיט אמונה אין בורא כל עולמים - דאס איז אמת, אבער אויב מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן איז דאס נישט אמת. און אויב אין די זעלבע צייט וואס דו דרייסט זיך ביי א פלאץ וואו מען רעדט פון אמונה און אין די זעלבע צייט איז דא נאך א פלאץ אין דער וועלט וואו מען רעדט פונעם אייבערשטן זענען זיי אויך ביים אמת, און אויב ביי א דריטע פלאץ רעדט מען אויך פונעם אייבערשטער איז שוין דא דריי פלעצער אויף דער וועלט וואס זענען ביים אמת.


נאך פלעגט מוהרא"ש זאגן: "וואס איז אמת?" אֶמֶת איז די ווערטער: "אֶ'הְיֶה מֶ'ת" - איך גיי זיין א נפטר; איך גיי איין טאג ליגן מיט די פוס צום טיר. קיינער וועט דעמאלט נישט קוקן אויף מיר און קיינער וועט נישט טראכטן מער פון מיר; איך גיי ארויף גיין צום אייבערשטן און נאר די גוטע זאכן וואס איך האב אריינגעכאפט וועל איך מיטנעמען אויף יענער וועלט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג מעורר זיין די תלמידים מען זאל גיין מפעם לפעם אין שפיטאל באזוכן חולי ישראל – ה' ירחם עליהם. קודם כל אלץ די מצוה פון ביקור חולים וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מ.): "ווער עס איז נישט מבקר חולים איז כאילו שופך דמים"; נאך זאגן חז"ל (נדרים לט:) "כָּל הַמְבַקֵּר אֶת הַחוֹלֶה נִיצוֹל מְדִינָה שֶׁל גֵיהִנָם", ווער עס איז מבקר חולים ווערט ניצול פון גיהנום; צווייטנס - פלעגט מוהרא"ש זאגן - ווען א מענטש גייט אין שפיטאל מבקר חולה זיין אידישע קינדער, זעט ער וואס דער גאנצע מענטשעלע איז... דער גרויסער שטארקער מענטש וואס קומט און גייט און מאכט און טוט, אין איין סקונדע קען ער ווערן אויס מאכער, אויס טוער און אויס קנאקער וכו' וכו', איז פארוואס זאל מען זיך קריגן און זיך פיינט האבן איינער דעם צווייטן?


אז איר שרייבט אז איר זענט "מקורב צו מוהרא"ש ז"ל"; דארפט איר וויסן אז היכל הקודש איז א פלאץ פון תורה, תפילה און שלום בית. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר אריינגערופן ביי זיך אין שטוב אין אומאן א טאג פאר ערב ראש השנה תשע"ג און געלערנט מיט מיר תורה ב' אינעם צווייטן חלק וואו דער רבי זאגט: "וְהָאֱמֶת מֵאִיר בְּרִבּוּעַ הַדִּבּוּר הַנַּ"ל עַל יְדֵי שְׁלשָׁה שֵׁמוֹת הַנַּ"ל, שֶׁהֵם: אֵל, אֱלֹהִים, יְיָ; שֶׁהֵם בְּחִינַת: תְּפִילָּה, וְתוֹרָה, וְשִׁדּוּכִים וְזִוּוּגִים". און מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "דער רבי זאגט דא: וואס איז אמת? אמת איז די דריי זאכן: תורה, תפילה, שידוכים און שלום בית; כל זמן מען רעדט פון תורה תפילה און שלום בית איז עס אמת, אבער אז מען רעדט אנדערע זאכן - דאס איז שוין נישט קיין אמת"; און מוהרא"ש האט מיר געזאגט אז ווען איך רעד זאל איך שטענדיג רעדן פון די דריי זאכן.


דאס האבן מיר געהערט אלע יארן ביי מוהרא"ש נאכאמאל און נאכאמאל: "תורה, תפילה און שידוכים – שלום בית"; איך האב זוכה געווען צו זיין ביי די ליל שישי שיעורים פון מוהרא"ש יעדע וואך פאר איבער צען יאר, יעדע וואך פלעגט מוהרא"ש איבערגיין נאכאמאל און נאכאמאל אז מען דארף לערנען די הייליגע תורה, מיר האבן דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן קענען מיר דאס באווייזן. און אז א מענטש זאל זיך נאר ווענדן צום אייבערשטער ווען ער האט א צרה; עס איז נישט געווען קיין איין שיעור וואס מוהרא"ש ז"ל זאל נישט רעדן פון רעדן צום אייבערשטן.


איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט וועגן אוועק ווארפן די שכל; דער רבי זאגט בפירוש (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנה): "כְּשֶׁהָאָדָם הוּא מַאֲמִין בְּהַצַּדִּיק בְּלִי שׁוּם דַּעַת אֶפְשָׁר לוֹ לִפֹּל מֵהָאֱמוּנָה, כִּי מֵאֱמוּנָה לְבַד אֶפְשָׁר לִפֹּל, אֲבָל אִם יֵשׁ לוֹ גַּם דַּעַת שֶׁמֵּבִין גַּם בְּהַדַּעַת, אֲזַי אִי אֶפְשָׁר לוֹ לִפֹּל", ווען א מענטש גלייבט אין א צדיק אן קיין שום שכל קען ער אוועק פאלן פונעם צדיק, ווייל מיט אמונה אליינס אן שכל, קען מען אוועקפאלן, אבער אויב מען קומט צום צדיק מיט דעת, בנוסף צו די אמונה נוצט ער אויך זיין שכל, פון אזא אמונה קען מען נישט אוועק פאלן; דאס איז וואס מוהרא"ש האט אונז אלע יארן געלערנט: 'איך קום צו א צדיק ווייל דער צדיק ברענגט מיר צום אייבערשטן, ער איז מיר מחזק מיין אמונה, ער שטארקט מיר איך זאל זיך צוגעוואוינען רעדן צום אייבערשטן'.


בנוגע קינדער; אויב עלטערן מישן זיך אין מחלוקת וועלן זיי צאלן א טייערע פרייז מיט זייערע קינדער. מחלוקת איז א סכנה און עס הרג'עט גוטע און שלעכטע. די ערשטע וואס פאלן ביי מחלוקת זענען קינדער; עלטערן וואס ווילן מצליח זיין מיט זייערע קינדער טארן נישט רעדן אין שטוב קיין שום ליצנות און פאליטיק אויף קיין שום איד, נישט קיין חילוק צי ער איז פון דיין חסידות צו פון די אנדערע, קינדער זענען ריין און הייליג און אויב הערן זיי ווי דער טאטע און מאמע זיצן און שמועסן און לאכן פון איין רבי אויפן צווייטן וועלן זיי מאכן א סך הכל אז ביידע זענען גארנישט און זיי קינדער וועלן אינגאנצן אפלאזן אידישקייט.


עס איז געווען א צייט וואס ביי אונז אין שול אין היכל הקודש אין וויליאמסבורג איז געווען חלוקי דיעות צווישן די מתפללים, עס האט געריסן דאס הארץ פון מוהרא"ש אז מען קריגט זיך. געדענק איך אז מען איז אריין צו מוהרא"ש פרעגן וואס מען זאל טון וכו', דער וואס האט פארגעלערנט האט געפרעגט פון וואס זאל ער רעדן, האט מוהרא"ש געענטפערט: "עס איז דאך דא זאכן וואס ביידע זענט איר איינשטומיג; אלע פון אייך האלטן אז מען דארף בענטשן מיט כוונה, אלע האלטן אז מען דארף זיין פרייליך שבת, נו, רעדט פון זאכן וואס ביידע האלטן אייניג". רעדט פון בענטשן אין א בענטשער; מוהרא"ש האט געזאגט אויב מען בענטשט אין א בענטשער איז דאס א סגולה אויף עשירות. רעדט פון זיין פרייליך שבת; אויב מען איז פרייליך שבת איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות. פארוואס דארף מען זיך קריגן ווען עס איז דא אזויפיל זאכן וואס אלע האלטן אייניג?


דאס זעלבע איז מיט קינדער; אז די קינדער פרעגן שאלות וכו', רעדט מען נאר פאזעטיוו (חיובי), מען רעדט פון רבי'ן; רעדטס פון מוהרא"ש, פארציילט זיי אביסל וואס מיר האבן געהאט אין אונזער דור; פארציילט זיי וואס מיינט א צדיק, אז עס גייט אים גארנישט אן וואס מיט אים וועט זיין, ער וויל נאר איין זאך: 'ברענגען נאך א איד צום אייבערשטן', אזוי ווי משה רבינו וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער האט געזאגט פארן אייבערשטן (שמות לב, לב): "מְחֵנִי נָא מִסִּפְרְךָ אֲשֶׁר כָּתָבְתָּ", מעק מיר אויס, אבי אידישע קינדער זאלן נישט פארלוירן גיין. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (תנחומא ואתחנן, סימן ז): ווען משה רבינו האט געוואלט אריינגיין אין ארץ ישראל האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "אדער דו אדער די אידן", האט משה רבינו געזאגט: "יֹאבַד מֹשֶׁה וְאֶלֶף כָּמוֹהוּ, וְאַל יֹאבַד אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל"; דאס איז א צדיק, ער קוקט נישט אויף זיך; ער וויל נאר אז נאך א בחור זאל געראטעוועט ווערן פון עבירות, נאך א פאר-פאלק זאלן זיך פארשטיין, עס גייט אים נישט אן וואס מען וועט זאגן אויף אים וכו', דאס זאלט איר פארציילן פאר אייערע קינדער.


מוהרא"ש פלעגט וויינען ביי אלע שיעורים אויף די מחלוקת וואס איז דא אין ברסלב: "מיר טרינקען דאך פון איין קוואל, מיר נעמען דאך חיזוק פון איין רבי, פארוואס דארף מען זיך בייסן איינער דעם צווייטן?" מוהרא"ש פלעגט זאגן: "אין הכי נמי, דער רבי זאגט טאקע (חיי מוהר"ן, סימן שיט): 'אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת', איך וועל מאכן פון אייך אסאך גרופעס; אבער דער רבי האט נישט געזאגט אז איין גרופע זאל רעדן אויפן צווייטן און איינער זאל פיינט האבן דעם צווייטן".


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך דארף אריינגיין צו די בחורים, איך וועל מסיים זיין מיט איין קליינע זאך. מוצאי שבת נאכדעם וואס מיר האבן פארלוירן מוהרא"ש, בין איך געפארן קיין בארא פארק צום טשאפל וואו מוהרא"ש איז געלעגן איבער שבת, מען האט מלוה געווען מוהרא"ש מוצאי שבת פרשת יתרו און מען האט געטראגן די מטה קיין ארץ ישראל, דעמאלט בין איך געזיצן אינעם אמבולאנס וואו מוהרא"ש איז געלעגן און איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש צוויי זאכן: איינס, אז איך וועל נישט מאכן קיין מחלוקת צווישן תלמידי היכל הקודש און איך וועל נישט האבן קיין שום שייכות מיט מחלוקת. צווייטנס, אז איך וועל אים מפרסם זיין פאר די גאנצע וועלט; געלויבט דעם אייבערשטן אז ביידע זאכן בין איך מקיים און מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך ווייטער אנהאלטן די הבטחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#256 - ווער איז דער רשע פון יבנאל?
יבנאל, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן אסאך דעם הייליגן ספר "אשר בנחל", די חיזוק וואס איך באקום פון דארט איז ממש פלאי פלאים.


איך האב געזען אז מוהרא"ש שרייבט דארט אויך וועגן א רשע פון יבנאל וואס האט גע'רודפ'ט מוהרא"ש און די גאנצע קהלה קדושה דארט אין יעדע הינזיכט אין אידישקייט, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א דערציילן אביסל מער איבער דעם?


א גרויסן יישר כח.


נחמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד נחמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מוהרא"ש איז זיך געקומען באזעצן אין יבניאל האט ער זיך אנגעטראפן מיט דעם ס.מ. וואס דינט אלץ דער רב דארט מטעם די מדינה הטמאה. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט גלייך געזען אז דער איז אן איש טמא ומטמא; ער האט דארט געהאט א מקוה וואס ער געבט כלומר'יש דעם הכשר דערויף, אבער עס איז נישט געווען קיין רעגן וואסער אינעם אוצר וואו די מי גשמים דארף זיין, עס איז געווען טריקן וכו'; אין אזא פאל איז דאס נישט מער ווי א פשוט'ע וואנע, קומט אויס אז אלע וואס האבן זיך דארט גע'טובל'ט זענען נעבעך נכשל געווארן מיט אסורי כריתות. ער האט יארן לאנג פארקויפט נבילות וטריפות רחמנא לצלן דורך עפעס א שוחט וואס איז געווען א קל וריק וכו' און ער האט אויסגעריסן דאס גאנצע אידישקייט פון אלע איינוואוינער דארט.


ער האט געלערנט אלץ בחור אין סערט וויזניץ; מען האט אים ארויס געווארפן אלץ בחור פון ישיבה ווייל ער איז געווען א שמוציג יונגל וכו'. עס איז דא א גאנצע סיפור פארוואס זיי האבן אים אויפגענומען פאר א רב ואין כאן המקום להאריך.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג נאכזאגן פונעם הייליגן סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו, וואס האט געזאגט: "פארוואס דארפן זיי רבנים, זיי גלייבן דאך אין גארנישט? נאר ווער עס קען די טייערע ספרד'ישע אידן ווייסט אז ביי זיי איז דא א גרויסע תמימות. ביי זיי, אויב א רב זאגט א ווארט איז דאס קודש קדשים, דאס געווען א חכמה פון די רשעים, אז דורך רבנים וועלן זיי קענען אויס'שמד'ן אלע ספרד'ישע אידן, השם ישמרינו".


פון ווען מוהרא"ש ז"ל האט דארט אויפגעשטעלט די הערליכע קהלה און מוסדות התורה, האט דער שטראף וואס וואוינט דארט, וואס ער איז רב מטעם מדינת ישראל געשטערט און גע'מסר'ט אויף יעדן טריט אין שריט וואס מען האט נאר געקענט. וויפיל מיר וועלן שרייבן וואס מוהרא"ש האט זיך צוזאמגעליטן פון דעם שטראף וועלן מיר נישט אנהייבן צו דערציילן ווער ער איז.


ווער עס גייט קיין יבניאל קען זען וואס הייסט א צדיק; מוהרא"ש האט זיך אוועק געגעבן זיין גאנצע לעבן פאר אידישע קינדער, ער האט גארנישט געהאט פון דעם נאר צרות און יסורים. עס איז אים געגעאנגען אין לעבן אז נאך א איד זאל וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. ער האט געדרוקט זיין גאנץ לעבן מיליאנען ספרים, נאר כדי אז נאך א איד זאל וויסן פון הייליגן רבינ'ס עצות און קענען לעבן מיט דעם.


איך מיין אז יבניאל איז די איינציגסטע פלאץ אין ארץ ישראל וואו מען שרייט נישט "שבת"; מוהרא"ש האט געזאגט אז מען זאל נישט שרייען שבת ווען מען זעט ווי איינער איז מחלל שבת, נאר מען זאל שיין גריסן: "שבת שלום", אזוי וועט מען זיי אלע צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


מוהרא"ש איז געווען זייער קעגן הפגנות; מוהרא"ש פלעגט זאגן אז די אידן וואס האלטן נישט די תורה השם ישמרינו, זענען חשוד אויף שפיכות דמים. און אזוי ווי קיין שום מענטש וואלט נישט געגאנגען טשעפען מיט גוים, ווייל ער ווייסט אז דאס איז סכנות נפשות, דאס זעלבע איז מיט זיי. זיי זענען נעבעך שוין אפאר דורות אוועק פון דרך התורה, דארף מען זיך זייער היטן ווייל מען קען געשעדיגט ווערן פון זיי.


ווען איך בין אין ארץ ישראל גיי איך קיין יבניאל; דארט איז א מקום נפלא, א וואונדערליכע פלאץ. מוהרא"ש האט גענומען א וויסטע פלאץ, א פלאץ וואו מען האט אויסגע'שמד'ט צוויי גאנצע עדות'ן - די תימנ'ער אידן און די טוניס'ער אידן. ווען מען האט זיי ארויף געברענגט קיין ארץ ישראל האט מען זיי גענומען קיין יבניאל און זיי דארט נעבעך אויסגע'שמד'ט. דארט האט מוהרא"ש אויפגעשטעלט הערליכער מקום וואס בליהט מיט תורה און תפילה, קדושה וטהרה. עס זענען דא דארט עטליכע כוללים וואו אינגעלייט זיצן א גאנצן טאג און לערנען. און ביי די פרויען גייט מען אנגעטון זייער צניעות'דיג; אלע פרויען שערן זיך די האר אזוי ווי מען פירט זיך ביי ערליכע אידן. ווען מען דרייט זיך דארט קען זיך דאכטן אז מען איז אין א חסידי'שער שטעטל וכו'.


איך געדענק ווען איך בין געווען א בחור און איך האב געהאט די זכיה צו משמש זיין מיין זיידע'ן דער קארלסבורגער רב שליט"א, בין איך אמאל געווען מיט אים ווען ער איז געפארן קיין יבניאל מחזק זיין מוהרא"ש מיט די קהילה. מיין זיידע האט דארט געגעבן א דרשה און בשעת'ן דרשה האט ער געוויינט פון התרגשות, צו זען אז א פלאץ וואו מען האט אויסגעריסן אידישקייט זאל ווערן איבערגעדרייט צו א מקום פון קדושה און טהרה.


דער אייבערשטער זאל אונז העלפן מיר זאלן מקיים זיין וואס מוהרא"ש האט אונז געלאזט צוואה, מיר זאלן דרוקן און דרוקן די ספרים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן. נאר דאס איז אונזער זאך און דאס וועט ברענגען די גאולה.

#255 - איך האב נישט קיין שלום בית, און איך דערטרינק זיך אין חובות.
חובות, שלום בית, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"צ רבי יואל ראטה שליט"א,


שלום וברכה, איך שפיר אז דער אייבערשטער האט מיר געפירט מיט א געוואלדיגע  השגחה פרטית אנצוקומען צו אייך נישט לאנג צוריק און צו הערן אייערע הייליגע ווערטער וואס האט געטוישט מיין לעבן, זייט דעמאלט האב איך אנגעהויבן צו הערן רעגלמעסיג די שיעורים און חיזוק יומי, און איך געב דאס אויך איבער ווייטער פאר אנדערע. איך פיל אז דאס איז ממש א מתנת חנם פונ'ם אייבערשטן אז איך בין אנקומען צו דעם און געקענט טוישן מיין לעבן צום גוטן.


ווען איך האב גערעדט מיט אייך, איך האב אייך דערציילט איבער די פילע שוועריגקייטן וואס איך גיי אריבער, סיי אין שלום בית, סיי אין חובות פון חתונה מאכן די קינדער, און נאך פילע שוועריגקייטן און פראבלעמען, האט איר מיר געזאגט אז דער עיקר זאל איך משקיע זיין אין שלום בית, דאס וועט מיר שוין העלפן אין אלע זאכן. למעשה איז מיר דאס אבער זייער שווער, איך בין זייער סענסעטיוו צו קריטיק, ווען מיין ווייב הויבט מיר אן צו קריטיקירן אז איך טו דאס נישט גוט און יענץ האב איך נישט גוט מסדר געווען, טוט מיר דאס זייער וויי און איך קען דאס ממש נישט פארנעמען. וואס קען איך טון דערצו?


פון די אנדערע זייט ווער איך דערטראנקען אין חובות און איך האב נישט קיין מסודר'דיגע פרנסה, וואס דאס נעמט מיר אויך אוועק דער טעם פון לעבן. איך ווייס ממש נישט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן, איך בין ממש מיואש פון מיין לעבן. איך האב געהערט נאכזאגן פון הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך ז"ל אז ווען מ'וויל שעלטן די מינים זאגט מען די ערשטע זאך "ולמלשינים אל תהי תקוה", ווייל די גרעסטע קללה פאר א מענטש איז וועט ער האט נישט קיין האפענונג אין זיין לעבן, און דאס איז וואס איך שפיר יעצט.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, ספעציעל א יישר כח פאר די לימוד ח"י פרקים משניות, איך האב ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן די ערשטע מאל ששה סדרי משנה, דער אייבערשטער זאל מיר ווייטער העלפן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ו שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' ומחזק מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער; אז מען פאלגט דעם רבי'ן קען מען זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רחצ): "שֶּׁהַכֹּחַ שֶׁהָיָה לְדָוִד הַמֶּלֶךְ עָלָיו הַשָּׁלוֹם לוֹמַר שְׁמוֹנֶה פְּעָמִים אַבְשָׁלוֹם בְּנִי בְּנִי, וְעַל יְדֵי זֶה הֶעֱלָה אוֹתוֹ מִשִּׁבְעָה מְדוֹרֵי גֵּיהִנּוֹם וְהִכְנִיסוֹ לְגַן עֵדֶן", דוד המלך האט ארויס גענומען זיין זון אבשלום פון גיהנום און אים אריין געלייגט אין 'גן עדן'. מיט דעם וואס ער האט אים גערופן אכט מאל "אבשלום בני", מיטן זאגן זיבן מאל 'בני' האט ער אים ארויסגעשלעפט פון גיהנום און ביים דערמאנען 'בני' די אכטע מאל האט ער אים אריין געברענגט אין גן עדן. "זֶה הַכֹּחַ יֵשׁ לוֹ גַּם כֵּן, שֶׁהוּא יָכוֹל זֹאת גַּם כֵּן, לְהַעֲלוֹת בְּדִבּוּרוֹ בְּעָלְמָא אֶת הָאָדָם מִכָּל הַשִּׁבְעָה מְדוֹרֵי גֵּיהִנּוֹם וּלְהַכְנִיסוֹ לְגַן עֵדֶן", האט דער רבי געזאגט: "איך האב דעם זעלבן כח וואס דוד המלך האט געהאט, איך קען רעדן מיט א מענטש און אים ארויס נעמען פון דעם טיפסטן גיהנום און אים אריין לייגן אין גן עדן".


ווען דו האסט מיר פארציילט דיינע שוועריקייטן אין לעבן וואס דו גייסט אריבער וועגן דיין געזונט, דיין פרנסה, דיינע חובות און דיין שלום בית, האב איך דיר געזאגט אז אויב דו וועסט ארבעטן אויף דיין שלום בית וועט אלעס ווערן מסודר. ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח און אז מען האט נישט קיין מח, מען האט נישט קיין ישוב הדעת, פאלט מען אריין אין נישט גוטע זאכן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): "קָּשָׁה תַּרְבּוּת רָעָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם, יוֹתֵר מִמִּלְחֶמֶת גּוֹג וּמָגוֹג", עס איז ערגער א קריג אין שטוב, מער ווי מלחמת גוג ומגוג; מוהרא"ש איז דאס מסביר, אז אויב א מענטש האט א ווינקעלע וואו ער קען זיך באהאלטן און זיין רואיג, קען זיך די גאנצע וועלט איבערדרייען אבער אים וועט דאס נישט שטערן, ווייל ער האט זיך וואו צו באהאלטן, אבער אז מען קריגט זיך אין שטוב האט דער מענטש נישט קיין פלאץ וואו ער קען זיך באהאלטן.


דו פרעגסט וועגן שלום בית; דער רבי האט אונז זייער מזהיר געווען מיר זאלן אכטונג געבן אויף די כבוד פון די ווייב (עיין בשיחות הר"ן, סימן רסד). נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן רסג) אז דער ס"מ מאכט עס זאל זיין קריגעריין צווישן מאן און ווייב, ווייל ער וויל זיי אריינכאפן אין זיין נעץ און זיי אראפ ווארפן אין עבירות ה' ישמרינו, אבער ווען מאן און ווייב לעבן בשלום, דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויפן מענטש.


ביי די וועלט איז אנגענומען אז ווי מער א מענטש איז אפגעשיידט וכו', ווי מער א מענטש לויפט אוועק פון שטוב, ער רעדט נישט קיין סאך מיט זיין ווייב און קינדער - דער איז א העכערער סארט מענטש. אבער ביים רבי'ן איז פונקט פארקערט; דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס אז דער אייבערשטער איז אין שטוב, אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקסג): "בִּימֵי אַבְרָהָם אָבִינוּ הָיְתָה הַשְּׁכִינָה נִקְרֵאת בְּשֵׁם שָׂרָה, וּבִימֵי יִצְחָק בְּשֵׁם רִבְקָה, וּבִימֵי יַעֲקֹב בְּשֵׁם רָחֵל וְלֵאָה", און אזוי איז אין יעדע דור; ווען א מענטש לעבט בשלום מיט זיין ווייב מאכט ער א פלאץ פאר די שכינה, ווייל די שכינה רוהט נאר וואו מאן און ווייב זענען צוזאמען, אזוי ווי עס שטייט אן א שיעור מאל אין זוהר הקדוש אז דער אייבערשטער רוהט נאר וואו מאן און ווייב זענען צוזאמען. קוק אין פרשת נשא (דף קמה:) וואס דער הייליגער זוהר זאגט: "מַאן דְּאִתְחַבָּר דְּכַר וְנוּקְבָּא, אִקְרֵי אָדָם, וּכְדֵין דָּחִיל חֲטָאָן. וְלֹא עוֹד אֶלָּא שַׁרְיָא בֵּיהּ עֲנָוָה. וְלֹא עוֹד אֶלָּא דְּשַׁרְיָא בֵּיהּ חֶסֶד. וּמַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, לָא הֲווֹ בֵּיהּ לֹא יִרְאָה וְלֹא עֲנָוָה וְלֹא חֲסִידוּת".


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נד, א): אויפן פסוק (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווער זענען זיינע פיינט? "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר, זוֹ אִשְׁתּוֹ", דאס מיינט די ווייב; דאס טייטש אז ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין, דעמאלט וועט זיין ווייב שלום מאכן מיט אים און זיין פאר אים אן עזר. דאס איז ביים רבי'ן א יסוד היסודות, אזוי ווי עס איז באוואוסט אז ביים רבי'ן האט מען נישט געקענט קומען אויב מען האט נישט געהאט קיין שלום בית.


בנוגע דיינע חובות אין וואס דו שטיקסט זיך וכו'; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט) אז די גאנצע עשירות קומט אין זכות וואס מען איז מכבד די ווייב; דאס איז באמת א חז"ל (בבא מציעא נט.): רבא האט געזאגט פאר די מענטשן פון שטאט מחוזא: "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ, כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", האלט חשוב אייערע ווייבער וועט איר רייך ווערן; זעט מען פון דעם אז ווען א מענטש לעבט בשלום אין שטוב, ער איז א ותרן און ער איז נישט מצער זיין ווייב, וועט ער האבן גרויס שפע. פאלג דעם רבי'ן און טשעפע נישט דיין פרוי, אפילו דו האלסט אז זי איז נישט גערעכט, וועסטו האבן גרויס שפע.


קוק ווי אזוי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה האבן זיך געפירט אין שטוב מיט זייער ווייב. דער הייליגער רבי חייא האט געהאט א שווערע שטוב אזוי ווי חז"ל פארציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר, האט רב געפרעגט רבי חייא: "איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?!" האט אים רב חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיר פון עבירות און זי ציט אויף די קינדער; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


בפרט אז דו האסט א שטוב מיט קינדער און דו מאכסט שוין חתונה קינדער, דארפסטו זיכער אכטונג געבן אז עס זאל זיין שלום אין שטוב, ווייל ווען מאן און ווייב קריגן זיך ווער ליידט די מערסטע? די קינדער. זיי פאלן נעבעך די קרבנות און זיי וואקסן אויף נישט געזונט.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (מדרש תנחומא, פרשת בחקותי, סימן ה) אז ווען יפתח הגלעדי איז געגאנגען מלחמה האלטן מיט עמון, האט ער געמאכט א נדר אז אויב דער אייבערשטער וועט אים העלפן און ער וועט געוואונען די מלחמה, ווען ער וועט אהיים קומען בשלום, וועט ער ברענגען פאר א קרבן די ערשטע זאך וואס וועט אים ארויסקומען פון זיין שטוב און דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט געוואונען די מלחמה און זיין טאכטער איז אים ארויסגעקומען מיט א פויק און זי האט געזינגען און געפויקט פאר איר טאטע'ן, האט איר יפתח הגלעדי געזאגט: "פריי דיך נישט, ווייל איך גיי דיר מקריב זיין פאר א קרבן", אפילו ער האט אינזין געהאט בשעת ער האט געמאכט די נדר צו ברענגען פאר א קרבן א חי' אדער בהמה, אבער וויבאלד ער האט נישט ארויסגעזאגט וואס ער מיינט האט ער געמוזט מקיים זיין די נדר.


פרעגן די הייליגע חכמים (שם): "ער וואלט דאך געקענט גיין צו פנחס הכהן וואס ער איז געווען א דיין און צעשטערן די נדר, אזוי ווי די הלכה איז אז אפילו א מענטש מאכט א נדר, אבער אויב גייט ער צו א דיין און ער זאגט פארן דיין אז ער האט אינזין געהאט אזוי און אזוי, קען דער דיין צעשטערן די נדר; איז פארוואס איז יפתח הגלעדי נישט געגאנגען צו פנחס ער זאל אים מתיר נדר זיין? אדער זאל פנחס הכהן קומען צו אים און אים העלפן ער זאל נישט דארפן הרג'ענען זיין טאכטער?" נאר יפתח האט געזאגט: "איך בין דער גענעראל פון די אידן, איך קען נישט גיין צו אים, זאל ער קומען צו מיר", און פנחס האט געזאגט: "איך בין א כהן א זון פון א כהן, איך גיי נישט צו אן עם הארץ, אז ער וויל איך זאל אים ראטעווען זיין טאכטער זאל ער קומען צו מיר, זאגן חז"ל א מורא'דיגע לשון: "מִבֵּין תַּרְוֵיהוֹן אַבְדַת הַהִיא עֲלוּבְתָּא מִן עָלְמָא", פון צווישן זיי צוויי איז פארלוירן געווארן דאס מיידל.


ווען מען לערנט די מעשה ווערט מען זייער צוקאכט און ברוגז: 'היתכן מען זאל הרג'ענען אן אומשולדיג קינד, א מיידל וואס האט גארנישט געטון, בשעת מען וואלט איר דאך געקענט ראטעווען?!' אבער קיינער כאפט נישט אז די זעלבע מעשה שפילט זיך אפ טאג טעגליך צווישן מענטשן, בפרט צווישן מאן און ווייב.


עס קען אסאך מאל אויסקומען אז עס זאל זיך מאכן מיספארשטענדענישן צווישן מאן און ווייב און דעמאלט ליידן די קינדער זייער שטארק. עס איז ממש אזוי ווי מען נעמט די קינדער און מען שעכט זיי; ווייל אז מען רעדט נישט איינער צום צווייטן, מען בלאזט איינער אויפן צווייטן, ווער רעדט נאך אז מען שרייט איינער אויפן צווייטן און מען טשעפעט זיך איינער דעם צווייטן - ליידן די קינדער, זיי לעבן מיט שרעק וכו'. און אז מען פרעגט דעם מאן: "פארוואס בעטסטו נישט איבער דיין ווייב, קענסט דאך ראטעווען דיין קינד?" וועט ער זאגן: "זי זאל מיר איבערבעטן, ווייל זי איז שולדיג", אז מען פרעגט די ווייב: "פארוואס מאכסטו נישט שלום? פארגעס וואס עס איז געווען, אבי דיין קינד זאל נישט ווערן גע'הרג'עט?" וועט זי ענטפערן: "ער האט אנגעפאנגען און ער דארף מיר איבערבעטן", און נאכדעם פאסירט וואס עס האט פאסירט ביי יפתח'ס טאכטער, ווער איז שולדיג? ביידע: "מִבֵּין תַּרְוֵיהוֹן אַבְדַת הַהִיא עֲלוּבְתָּא מִן עָלְמָא".


דערפאר האב שכל און זיי דו דער וואס געבט נאך, הייב דו אן רעדן שיין און בעט איבער; אמת, עס איז זייער שווער יענעם איבער צו בעטן, בפרט ווען מען האלט אז מען איז גערעכט. אבער עס איז אסאך אסאך שווערער ווען מען בלאזט און מען רעדט נישט און מען ווארט אז יענער זאל זיך ברעכן.


וואס איז געווען די סוף פון די מעשה? ביידע האבן באקומען אן עונש; פנחס האט פארלוירן זיין רוח הקודש און יפתח איז געשטארבן מיט א מיתה משונה, זיינע איברים האבן אנגעפאנגען צו שטארבן ביסלעכווייז פאר ער איז געשטארבן און וואו ער איז געגאנגען איז אים אראפגעפאלן שטיקלעך רחמנא לצלן (מדרש תנחומא, שם).


איך האב אביסל מאריך געווען, ווייל עס האט מיר זייער וויי געטון צו הערן ווי דו האסט מיר פארציילט אז דו קריגסט זיך מיט דיין ווייב און דו פירסט זיך ווי א קליין קינד, בשעת איר מאכט שוין חתונה קינדער. דו קריגסט זיך פאר נארישקייטן און פארשטייט זיך אז דו ביסט גערעכט, ווען דו וואלסט ווען געקענט איינשפארן אלע קריגערייען.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער חבר, אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען נעמט זיינע דיבורים און עצות בתמימות ופשיטות, איז מען זוכה צו לעבן אן אנדערע סארט לעבן. מען לעבט אויף די וועלט אין גן עדן ממש; מען זוכט נישט צו זיין גערעכט, מען זוכט נישט אויסצופירן, מען זוכט ווי מער נאכצוגעבן, מען זוכט ווי מער יענעם צו פארגינען.


שרייב מיר צי דו האסט באקומען דעם בריוו.

#254 - וואס זענען די מנהגים פון פורים? און א שאלה וועגן הפצה
מנהגים, הפצה, פורים, מועדים וזמנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


אזוי ווי עס דערנענטערט זיך שוין דער יום טוב פורים, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שרייבן אביסל מנהגים ווי אזוי זיך צו פירן אום פורים?


אויך האב איך געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך גיי ארום הפצה, צו מפיץ זיין די קונטרסים, וויל איך וויסן אויב איך זאל קודם בעטן צדקה און נאכדעם געבן א קונטרס, אדער זאל איך קודם געבן דעם קונטרס און נאכדעם בעטן צדקה?


יישר כח.


שמואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מעודד, משמח און מחזק אז מיר זאלן נישט קוקן אויף דעם וואס דער יצר הרע ווארפט אונז אראפ וכו' און מיר זאלן נישט אויפגעבן חס ושלום, נאר שטענדיג אנהייבן פונדאסניי.


יעצט קומט דער הייליגער יום טוב פורים ווען מען גייט זוכה זיין צו הערן די מגילה; מען זאגט נאך פון צדיקים אז בשעת קריאת מגילה עפענען זיך אויף אלע הימלען און מען קען זוכה זיין צו גרויסע ישועות. ווייל יעדעס מאל עס שטייט אין די מגילה דאס ווארט 'המלך' סתם איז דאס מרמז אויפן מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, וועלן מיר טאקע זוכה זיין צו (אסתר ב, ג): "וְיַפְקֵד הַמֶּלֶךְ פְּקִידִים בְּכָל מְדִינוֹת מַלְכוּתוֹ", דער אייבערשטער וועט אונז פוקד זיין מיט אלע ערליי ישועות ברוחניות ובגשמיות. בשעת'ן ליינען די מגילה איז זייער מסוגל צו פועל'ן שידוכים, פרנסה, קינדער וכו', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ד:): "עֵינֵיהֶם שֶׁל עֲנִיִּים נְשׂוּאוֹת בְּמִקְרָא מְגִילָה", די אויגן פון די אידן, וואס מיר זענען אזוי צעבראכן און צעריסן - יעדער איינער איז א עני אויף זיין אופן – קוקן ארויס און מיר ווארטן אלע צו הערן די מגילה צו געהאלפן ווערן דערביי מיט אלע ישועות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט א מורא'דיגע מעשה וואס דער ספינקא'ער רבי דער בעל אמרי יוסף זכותו יגן עלינו פלעגט דערציילן יעדעס יאר פסח ביים צווייטן סדר נאכט. עס איז געווען א איד וואס איז געזיצן די צווייטע נאכט פסח נאכן סדר און געטראכט צו זיך: 'איך האב שוין געענדיגט דעם צווייטן סדר, די גאנצע הגדה און אויך שיר השירים, וואס נאך קען איך זאגן עפעס לויב און דאנק פארן אייבערשטן?' איז אים בייגעפאלן, אז אזוי ווי דער נס פורים ווען מען האט אויפגעהאנגען המן הרשע איז דאך געווען דעם צווייטן טאג פסח, וועט ער יעצט ליינען די מגילה לכבוד דעם גרויסן נס.


אזוי האט ער געטון, ער האט געליינט די מגילה; ווען דער איד האט געענדיגט ליינען די מגילה האט ער דערזען פאר זיך שטיין א נשמה פון יענע וועלט, האט דער איד געפרעגט די נשמה: "וואס ווילסטו פון מיר און וואסערע שייכות האסטו מיט מיר אז דו קומסט צו מיר?" האט די נשמה אנגעפאנגען צו דערציילן וואס טוט זיך אויבן אין הימל. אז עס זענען דא נשמות אויבן אין הימל וואס זענען שוין אריבער דעם גיהנום און זיי זענען נאך אלץ נישט זוכה אריין צו קומען אין גן עדן ביז זיי וועלן האבן א ספעציעלער זכות. און יעדעס יאר ווען מען ליינט די מגילה עפענט מען אויף די טירן פון גן עדן, דעמאלט איז א צייט וואס אלע נשמות קענען אריינגיין אין גן עדן. אפאר חדשים פאר פורים קומען צו גיין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער נשמות ביים טיר פון גן עדן ווייל זיי ווילן שוין זוכה זיין צו קענען אריינגיין אין גן עדן, אבער וויבאלד עס נעמט נישט מער ווי אפאר שעה ווי לאנג מען ליינט די מגילה, איז נישט דא גענוג צייט אז אלע נשמות זאלן קענען אנקומען אין גן עדן, דארפן זיי ווארטן אויפן קומענדיגע יאר ווען מען ליינט די מגילה.


זאגט די נשמה ווייטער: "איך פרוביר שוין אפאר יאר זיך צו שטעלן ביים טיר פון גן עדן כדי צו קענען אריינגיין, אבער אלעמאל פארמאכט זיך די טיר פונקט פאר איך גיי אריין; די יאר האב איך זיך שוין כמעט אריינגעכאפט, אבער ממש פאר מיר האט זיך די טיר פארמאכט! האב איך זיך בארעכענט אז איך גיי נישט אוועק פון דא ביזן קומענדיגן יאר, זאל זיין וואס זאל זיין. אזוי ווי איך שטיי דא און ווארט אויף קומענדיגער יאר פורים, הער איך פלוצלינג ווי איינער ליינט די מגילה, האב איך אנגעפאנגען צו קלאפן אויפן טיר פון גן עדן אז מען זאל מיר עפענען די טיר, איז געקומען דער מלאך וואס איז ממונה צו זיין דער שומר הפתח און מיך געפרעגט פארוואס איך קלאפ, האב איך געזאגט: 'וואס הייסט, איך הער ווי מען ליינט די מגילה און איך וויל אריינגיין אין גן עדן', האט מיר דער מלאך געזאגט: 'אמת טאקע אז איינער ליינט די מגילה, אבער יעצט איז פסח ביינאכט, יעצט איז נישט די צייט אריין צו גיין אין גן עדן, דו דארפסט ווארטן אויפן קומענדיגער יאר פורים', איך האב מיך אבער נישט געלאזט און צוריק גע'טענה'ט: 'וואס איז א נפקא מינה צי עס איז פסח צו פורים? וויבאלד מען ליינט די מגילה דארף מען מיר אריין לאזן!' איך האב געשריגן און גע'טענה'ט ביז מען איז געקומען פון בית דין של מעלה זען וואס די קולות זענען, נאכן אויסהערן ביידע צדדים האט בית דין של מעלה געזאגט אזוי: 'יעצט איז טאקע נישט די צייט ווען מען קען אריינלאזן אין גן עדן, אבער אויב דו וועסט גיין צו דער איד וואס ליינט די מגילה און ער וועט פסק'נען אז מען דארף דיר אריין לאזן אין גן עדן, וועט מען דיר אריינלאזן'".


האט די נשמה געבעטן דעם איד: "איך בעט אייך, געבט מיר רשות אריין צו גיין אין גן עדן איך זאל שוין מתוקן ווערן". האט דער איד געזאגט: "איך נעם אויף מיר דעם תפקיד דיר צו מתקן זיין און גיי זאג פארן בית דין של מעלה אז מען זאל דיר אריין לאזן אין גן עדן".


עד כאן המעשה וואס דער בעל אמרי יוסף זכותו יגן עלינו פלעגט דערציילן יעדעס יאר פסח; די וואס האבן געהערט די מעשה האבן שוין אליינס פארשטאנען אז די מעשה האט פאסירט מיט אים אליינס.


זעט מען פון די מעשה - האט מוהרא"ש אויסגעפירט, אז בשעת מען ליינט די מגילה קען מען זוכה זיין אריין צו גיין אין גן עדן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט) אז דער גן עדן איז אויף דער וועלט; ווען א מענטש איז זוכה צו לעבן מיט אמונה, ער לעבט מיטן אייבערשטן, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער - דאס איז גן עדן. צו דעם איז מען זוכה ווען מען ליינט די מגילה.


אין די מגילה זעט מען אן אינטערעסאנטע זאך. המן האט דאך געהאט אלעס אויף דער וועלט; כבוד, געלט, הייזער און קינדער, אחשורוש האט אים גרויס געמאכט און אים געשטעלט אלץ שר אויף אלע זיינע מדינות, פארוואס איז אים אנגעגאנגען אז מרדכי בוקט זיך נישט פאר אים?! המן האט געזאגט (אסתר ה, יג): "וְכָל זֶה אֵינֶנּוּ שֹׁוֶה לִי בְּכָל עֵת אֲשֶׁר אֲנִי רֹאֶה אֶת מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי יוֹשֵׁב בְּשַׁעַר הַמֶּלֶךְ", עס איז מיר גארנישט ווערט מיין גאנצע רייכטום ווען איך זע מרדכי זיצן ביים טויער פון קעניג; וואס האט אים אזוי געארט? וואס האסטו מיט מרדכי? דער גאנצער לאנד געבט דיר אפ כבוד, וואס ווערסטו אזוי אויסער זיך וכו'?! נאר וואס דען, המן דאס איז דער יצר הרע, ער ווערט רייך פון עבירות וואס ער איז מכשיל אידישע קינדער, ער וויל נאר אז דער איד זאל זיך מייאש זיין און מער נישט קומען צום אייבערשטן, מען זאל אפלאזן די הייליגע תורה. אבער ווען ער זעט ווי דער איד מאכט זיך נישט וויסענדיג, נאר ער גייט ווייטער אן; דער איד קומט ווייטער אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב און כאפט אריין אביסל לערנען, בפרט א בלאט גמרא; ער זעט דעם איד "יוֹשֵׁב בְּשַׁעַר הַמֶּלֶךְ" ער קומט ווייטער צוריק אין שול, דאן ווערט ער ווילד און שרייט: "וְכָל זֶה אֵינֶנּוּ שֹׁוֶה לִי!" עס איז אים גארנישט ווערד די אלע עבירות וואס ער איז מכשיל אידישע קינדער, ווייל ער איז מכשיל א מענטש - אין וואס ער איז אים מכשיל - נאר ווייל ער וויל ער זאל אויפגעבן און ווען ער זעט אז מרדכי, דער איד, געבט נישט אויף און בוקט זיך נישט פאר אים, האט ער גארנישט דערפון.


דאס דארפן מיר מיטנעמען פונעם יום טוב פורים; מיר דארפן שרייען (אסתר ג, ב): "וּמָרְדֳּכַי לֹא יִכְרַע וְלֹא יִשְׁתַּחֲוֶה"; איך גיי זיך נישט אונטערגעבן פאר המן הרשע און איך גיי נישט אויפגעבן! איך גיי ווייטער קומען אין שול דריי מאל א טאג, אפילו איך זע אויס ווי איך זע אויס. איך געב זיך נישט אונטער פארן יצר הרע, זאל זיין וואס זאל זיין; מענטשן לאזן אפ תורה ותפילה נאר ווייל דער יצר הרע ברענגט אריין אין זיי א שולד געפיל, ער מאכט זיי שטענדיג טראכטן פונעם עבר.


בנוגע ווי אזוי צו גיין הפצה וכו'; עס איז נישט קיין נפקא מינה צי דו בעטסט קודם צדקה צי דו געבסט קודם א ספר. ווי אזוי עס איז דיר מער באקוועם אזוי זאלסטו טון.


איין זאך בעט איך דיר און איך בעט עס פון אלע וואס גייען הפצה: "שטופ נישט קיין ספרים פאר איינער וואס דארף עס נישט און זיכער נישט סתם לייגן אין שול'ן וכו'", וואס דאס ברענגט נאר א זלזול אויפן רבי'ן און מיר ליידן שוין גענוג וכו'. אז דו גייסט "הפצה" דארף מען בעטן צדקה; עס איז נישט דא אזא זאך ווי געבן ספרים בחנם און זיכער נישט לייגן אין שול'ן אדער ביי הייזער בחנם, אדער געבן פאר א קינד ביים טיר און אוועק לויפן ווען דו ווייסט נישט צי די עלטערן ווילן א ספר.


אויב דו גייסט הפצה און איינער איז דיר מבזה, זאלסטו גארנישט ענטפערן; דריי זיך ארויס פון אים און גיי ווייטער. אז דו גייסט הפצה און איינער לאכט פון דיר, דו גיי ווייטער; שטעל דיר פאר אז א מענטש הערט די נייעס אז זיינע נומערן זענען די געווינער נומערן פון די לאטערי, ער ווערט געוואר אז ער איז געווארן א מיליאנער איבער נאכט; אזא מענטש האט נישט קיין צייט זיך אנצוטון געהעריג, ער כאפט זיינע קליידער, ער טוט עס אן פארקערט וכו' און לויפט אפנעמען זיין געלט... אויפן וועג טרעפן אים מענטשן, מען זעט ווי ער גייט אנגעטון מיט אן איבערגעדרייטע רעקל, מיט א צעקוועטשטע הוט וכו'; מען הייבט אן לאכן פון אים. וואס טראכט דער מענטש? אים גייט אן ווי אזוי מען קוקט אויף אים? ער גייט יעצט אפנעמען זיין געלט, ער ווערט א מיליאנער, עס אינטערעסירט אים בכלל נישט צי מען לאכט צי מען וויינט.


אזוי זאלסטו טראכטן ווען דו גייסט הפצה; קוק אויף דיר, ווער האט דיר געברענגט צום רבי'ן? ווער האט דיר געגעבן לעבן? נאר די ספרים וואס א מפיץ האט דיר געגעבן ווען ער האט דיר געטראפן ווי דו ביסט געלעגן אין דיין מרה שחורה און דיר דורכדעם געראטעוועט וכו'. און אפילו די וואס זענען געבוירן געווארן ביי ברסלב'ער עלטערן; ווי אזוי איז דיין טאטע געווארן א ברסלב'ער? ווי אזוי איז דיין ראש ישיבה אנגעקומען צום רבי'ן? נאר דורך הפצה!


בעסער איז ווען מען זאגט: "דא האט איר א שיינע מתנה". און ווען יענער נעמט די מתנה בעט מען: "איר האט עפעס פאר צדקה?" און אויב יענער וויל נישט נעמען דעם ספר פרעגט מען: "איר האט עפעס פאר צדקה?" אבער אז דיר איז גרינגער צו בעטן קודם צדקה, טו ווי אזוי עס איז דיר גרינגער.


דער אייבערשטער זאל אונז העלפן מיר זאלן ווייטער קענען האבן די זכיה צו העלפן א צווייטן איד און מיר זאלן האבן א חלק אין די גאולה שלימה. מאך דיר א חשבון, אז משיח קומט היינט און וועט דיר פרעגן: "וואס האסטו היינט געטון אז איך זאל קענען קומען?" ווי גרויס וועט זיין די בושה ווען מען וועט אים נישט האבן וואס צו ענטפערן. אבער אז מען גייט פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר אידישע קינדער וועלן מיר זיך נישט דארפן שעמען. מיר וועלן אים זאגן: "משיח, איך בין היינט ארום געגאנגען אין שולן און אין הייזער מיט ספרים וואס זענען מחזק אויף אמונה פשוטה"; "משיח, איך האב היינט מפיץ געווען קונטרסים פאר בחורים. אז נאך א בחור זאל אנטון תפילין, נאך א בחור זאל וויסן אז ער האט נאך א וועג צוריק צום אייבערשטן"; "משיח , היינט האב איך געגעבן סידיס וואס ענטהאלט ניגונים פון אמונה, אז נאך א איד זאל וויסן אז עס איז נישט עק וועלט ווען עס גייט אים נישט אזוי ווי ער וויל".


שטארק דיר און זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, וועסטו זוכה זיין צו אלע גוטע זאכן.


א פרייליכן פורים און א שמחת תמיד.

#253 - דער אייבערשטער הערט דען אויס תפלות פון א בעל עבירה?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע פעולות וואס איר טוט פאר כלל ישראל מיט אזא מסירת נפש. ספעציעל בין איך אייך שולדיג אן הכרת הטוב אז דורך אייערע שיעורים און חיזוק האב איך ווידער אנגעהויבן לערנען די הייליגע תורה, איך טרעפ זיך ווידער מיט מיינע אלטע חברים, אביי און רבא, וועמען איך האב שוין נישט אנגעקוקט פאר לאנגע יארן.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איר רעדט אסאך פון רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש, אזוי ווי מ'רעדט זיך אויס צו א גוטער פריינד. איז דען דאס נישט א זאך וואס באלאנגט נאר פאר צדיקים און יראי ה'? אזוי האבן מיר דאך געזען אין אלע דורות אז ווען א איד האט געדארפט א ישועה האט ער נישט אליין געבעטן אויף דעם, נאר ער איז געגאנגען צו א צדיק וואס זאל מתפלל זיין פאר אים.


מיר זענען דאך אלע אין נידוי, מיר האבן דאך געטון אזויפיל עבירות וואס דערווייטערט אונז פונעם אייבערשטן, ספעציעל די עבירות פון לשון הרע און הוצז"ל רח"ל, וואס חז"ל זאגן אז ווען מ'טוט די עבירות הערט מען נישט אויס די תפלות פון דעם מענטש. און בכלל ווערט געברענגט אין חז"ל אז פון ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן זענען אלע טויערן פון תפלה געווארן פארשפארט, מיר זעען דאך בחוש אז מיר קענען נישט פועל'ן מיט אונזערע תפלות אזעלכע גרויסע ישועות למעלה מדרך הטבע, אזוי ווי די גרויסע פריערדיגע צדיקים האבן געקענט.


איך וועל אייך שטארק מכיר טובה זיין אויב איר קענט מיר דאס אויסקלארן, און נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אייערע שיעורים און חיזוק.


ראובן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ג' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ראובן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' ומחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, בפרט אז דו שרייבסט אז דו האסט אנגעפאנגען לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן סימן עו).


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן צו וואס דער רבי קען אונז צו ברענגען; דער רבי נעמט א מענטש וואס זינקט אין בלאטע, ער טוט נעבעך וואס ער טוט און וואשט אים אפ און טוט אים אן מיט שיינע פרישע קליידער וכו' אז דער מענטש אליינס פארגעסט שוין ווי אזוי ער האט אויסגעזען פאר ער האט געפונען דעם הייליגן רבי'ן.


איך זע אז דו ביסט זיך טועה אין דעם ענין פון תפילה והתבודדות, כאילו דאס איז עפעס א נייע זאך וכו'. איך וועל דיר מעתיק זיין דעם לשון פון הייליגן רמב"ם וואס ער זאגט אויף די מצוה פון תפלה (פרק א' מהלכות תפלה, הלכה א-ב): "עִיקָר הַתְּפִלָּה הוּא מִצְוַת עֲשֵׂה מִן הַתּוֹרָה, שֶׁיִּתְפַּלֵּל הָאָדָם וִיבַקֵּשׁ מִמֶּנּוּ יִתְבָּרַך כָּל מַה שֶׁהוּא צָרִיך", תפילה איז א מצות עשה מן התורה, די מצוה איז אז א מענטש זאל בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך וואס ער דארף, "וְהוּא יָכוֹל לְדַבֵּר אֶל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בְּכָל שָׂפָה שֶׁרַק יָכוֹל, כִּי מִצְוַת עֲשֵׂה לְהִתְפַּלֵּל בְּכָל יוֹם", און מען קען רעדן צום אייבערשטן אויף סיי וואסערע שפראך מען רעדט און עס איז א מצוה צו דאווענען יעדן איינציגן טאג. "וְאֵין לַתְּפִלָּה זְמַן קָבוּעַ מִן הַתּוֹרָה, וּלְפִיכָך נָשִׁים וַעֲבָדִים חַיָּבִין בִּתְפִלָּה לְפִי שֶׁהִיא מִצְוַת עֲשֵׂה שֶׁלֹא הַזְּמַן גְּרָמָא", תפילה האט נישט קיין באשטימטע צייט אין טאג, ממילא איז דאס א מצוה וואס איז נישט באגרעניצט צו א צייט, דערפאר זענען פרויען און קנעכט אויך מחויב מיט תפילה. "אֶלָּא חִיּוּב מִצְוָה זוֹ כָּך הוּא - שֶׁיְּהֵא אָדָם מִתְחַנֵּן וּמִתְפַּלֵּל בְּכָל יוֹם וּמַגִּיד שִׁבְחוֹ שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאַחַר כַּך שׁוֹאֵל צְרָכָיו שֶׁהוּא צָרִיך לָהֶם בְּבַקָּשָׁה וּבִתְּחִנָּה, וְאַחַר כַּך נוֹתֵן שֶׁבַח וְהוֹדָיָה לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך עַל הַטּוֹבָה שֶׁהִשְׁפִּיעַ לוֹ כָּל אֶחָד לְפִי כֹּחוֹ", די מצוה פון תפילה איז: ווען א מענטש שטייט אויף אינדערפרי זאל ער דאווענען צום אייבערשטן; קודם זאל ער דערציילן דאס גרויסקייט פונעם אייבערשטן, נאכדעם זאל ער בעטן אויף אלעס וואס ער דארף און דערנאך זאל ער דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אים. "אַך אַחַר כַּך רָאוּ אַנְשֵׁי כְּנֶסֶת הַגְּדוֹלָה שֶׁהָלְכוּ בַּגּוֹלָה בִּימֵי נְבוּכַדְנֶצַר הָרָשָׁע, וְנִתְעָרְבוּ בְּפָרַס, וּבְּיָוָן, וּבִשְׁאָר הָאוּמוֹת וְכוּ', וְעָמְדוּ וְתִקְּנוּ סֵדֶר הַתְּפִלָּה", אבער ווען די אנשי כנסת הגדולה האבן געזען דעם ביטערן לאנגן גלות ווי די אידן וועלן זיך אויסמישן צווישן די פעלקער, האבן זיי מתקן געווען דעם נוסח התפילה, עיין שם.


יעצט קומט דער רבי און זאגט (שיחות הר"ן, סימן רכט) אז אפילו היינט ווען די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען צו דאווענען יעדן טאג דעם סדר פון שחרית, מנחה און מעריב, זאל א מענטש ווייטער רעדן צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, ער זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים מקרב זיין צו אים באמת, ווייל דאס איז דער עיקר פון תפילה.


ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן און בעטן יעדע זאך וואס ער דארף, אזא מענטש איז קיינמאל נישט אליין, נאר וואו ער געפונט זיך, וואו ער גייט - איז דער אייבערשטער מיט אים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט דברים, רמז תתכה): אויפן פסוק (דברים ד, ז): "כִּי מִי גוֹי גָּדוֹל אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרֹבִים אֵלָיו כַּה' אֱלֹקֵינוּ בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו", עס איז געווען א מעשה מיט א שיף וואס דערויף זענען געפארן גוים, נאר איין איד האט זיך געפונען אויף דעם שיף; אינמיטן וועג איז דער שיף פארבלאנדזשעט געווארן און איז אנגעקומען צו א פרעמדע לאנד, זענען די גוים צוגעקומען צום איד און אים געבעטן: "מיר בעטן אייך, נעמט פון אונז געלט און קויפט פאר אונז עסן, ווייל מיר הונגערן שוין א לאנגע צייט", האט דער איד געקוקט אויף זיי מיט וואונדער און געפרעגט: "בין איך דען נישט קיין גאסט אזוי ווי אייך? איך ווייס נישט וואו צו גיין, איך בין א פרעמדער דא פונקט ווי אייך..." האבן אים די גוים געזאגט: "יֵּשׁ יְהוּדִי אַכְסְנַאי? בְּכָל מָקוֹם שֶׁאַתָּה הוֹלֵך אֱלֹקֶיך עִמְּך", וואס הייסט א איד איז פרעמד? וואו א איד גייט איז דער אייבערשטער מיט אים; אזוי ווי עס שטייט: "אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרֹבִים אֵלָיו".


זעט מען אז עס איז נישט שייך צו זאגן אז א איד איז פרעמד, ווייל וואו א איד געפונט זיך נאר איז דער אייבערשטער מיט אים און אויף וואסערע שפראך מען רעדט צום אייבערשטן - ענטפערט ער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם): "בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו - בְּכָל לָשׁוֹן שֶׁיִּשְׂרָאֵל קוֹרְאִין לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּ הוּא עוֹנֶה אוֹתָם", אויף יעדע שפראך וואס מיר רעדן צום אייבערשטן ענטפערט ער אונז.


אודאי ווען א מענטש האט א צרה דארף מען גיין צו צדיקים און צו ערליכע אידן נעמען פון זיי א ברכה און זיי בעטן זיי זאלן מתפלל זיין, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא קטז.): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ חוֹלֶה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ, יֵלֵךְ אֵצֶל חָכָם וִיבַקֵּשׁ עָלָיו רַחֲמִים", ווער עס האט א חולה אין שטוב זאל גיין צו א צדיק ער זאל מתפלל זיין פאר אים; אבער דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען קען נישט דאווענען אליינס. אדרבה, ווען דער חולה אליינס בעט דעם אייבערשטן איז דאס זייער חשוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נג, יד): אויפן פסוק (בראשית כא, יז): "וַיִּשְׁמַע אֱלֹקִים אֶת קוֹל הַנַּעַר - מִכָּאן שֶׁתְּפִלַּת הַחוֹלֶה יָפָה מִן הַכֹּל", די תפילה פון א חולה איז מער חשוב ביים אייבערשטן פון אנדערע תפילות; נאר מען גייט צו צדיקים ווייל זיי זענען מחזק דעם מענטש אז מען זאל אליינס גיין צום אייבערשטן און בעטן פון אים די ישועה וואס מען דארף.


קוק וואס די הייליגע חז"ל זאגן (תנחומא וירא, א): "אָמַר לָהֶן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא לְיִשְׂרָאֵל הֱווּ זְהִירִין בִּתְפִלָּה שֶׁאֵין מִידָה אַחֶרֶת יָפָה הֵימֶנָּה, וְהִיא גְּדוֹלָה מִכָּל הַקָּרְבָּנוֹת", דער אייבערשטער זאגט, עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון תפילה, תפילה איז גרעסער פון אלע קרבנות; קוק ווייטער וואס די הייליגע חכמים זאגן: "וַאֲפִלּוּ אֵין אָדָם כְּדַאי לַעֲנוֹת בִּתְפִלָּתוֹ וְלַעֲשׂוֹת חֶסֶד עִמּוֹ, כֵּיוָן שֶׁמִּתְפַּלֵּל וּמַרְבֶּה בְּתַחֲנוּנִים אֲנִי עוֹשֶׂה חֶסֶד עִמּוֹ", אפילו א מענטש וואס איז נישט ראוי איך זאל אים ענטפערן ווען ער בעט מיר, אויב וועט ער אסאך בעטן פון מיר וועל איך טון מיט אים א חסד און אים העלפן; זעט מען אז אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן - נישט קיין חילוק ווער, וואס, און וואו - וועט אים דער אייבערשטער העלפן.


דאס וואס דו שרייבסט: "מיר זעהן דאך בחוש אז מיר קענען נישט פועל'ן וכו'"; זיי מיר מוחל, אבער איך ווייס נישט ווי א איד קען שרייבן אזעלכע ווערטער, אדרבה, מיר זעהן בחוש ווי אונזערע פשוט'ע תפילות ווערן געענטפערט. ביי יעדע טריט און שריט האבן מיר מעשיות פון תפילה, מיר זעהן אפען ווי דער אייבערשטער העלפט ווען מען בעט אים. דער רבי האט אמאל געזאגט אויף דעם וואס חז"ל זאגן (ויקרא רבה ז, א): "תְּפִילָה עוֹשֶֹה מֶחְצָה", אין אידיש זאגט מען מֶחְצָה – העלפט, האט דער רבי געזאגט: "תפילה העלפט".


אז דו האסט מתפלל געווען און נישט באקומען וכו', מיינט נישט צו זאגן אז תפילה העלפט נישט, חס ושלום אזוי צו זאגן; תפילה איז פון די י"ג עקרים וואס מיר דארפן גלייבן, אזוי ווי מיר זאגן: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ לוֹ לְבַדּוֹ רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל וְאֵין רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל לְזוּלָתוֹ", אז דו האסט געבעטן דעם אייבערשטן און נישט באקומען, זאלסטו טון וואס די הייליגע חז"ל זאגן (ברכות לב:): אָמַר רַבִּי חָמָא בְּרַבִּי חֲנִינָא: "אִם רָאָה אָדָם שֶׁהִתְפַּלֵּל וְלֹא נֶעֱנֶה, יַחְזוֹר וְיִתְפַּלֵּל", א מענטש וואס האט געבעטן דעם אייבערשטן אויף א זאך און ער זעט אז ער האט עס נישט באקומען, זאל ער נאכאמאל בעטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים כז, יד): "קַוֵּה אֶל ה', חֲזַק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ וְקַוֵּה אֶל ה'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#252 - ווען וועל איך שוין טרעפן מיין שידוך?
שידוכים, סמארטפאון, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו באקומען חיות פונעם ראש ישיבה שליט"א שוין פאר א יאר און א האלב, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן. איך קלער אז אזוי ווי דער ראש ישיבה געבט יעדן טאג פרישע דרשות און פרישע בריוון, דארף איך ווען יעדן טאג נאכאמאל זאגן א יישר כח פאר'ן ראש ישיבה אויף די אלע חיזוק...


איך בין א בחור פון ארץ ישראל, 20 יאר אלט, און איך דארף א שידוך. מיין פראבלעם איז אז איך לערן נישט אין א ישיבה, און איך האב א סמארטפאון. איך שפיר אז איך קען נישט אוועק ווארפן מיין סמארטפאון, איך פיל אז איך דארף עס וויכטיג האבן סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, סיי די דרשות פונעם ראש ישיבה וואס איך באקום אויפ'ן טעלעפאן, און סיי ווייל איך וויל מיטהאלטן די נייעס און דאס גלייכן.


איך קום פון אן אנדערע חסידות, לעצנטס האב איך שוין אבער נישט קיין געפיל צו יענע חסידות, איך שפיר אז מיין גאנצע חיות איז נאר פון ברסלב, פונעם ראש ישיבה און פון רבינ'ס ספרים. איך האב היינט געענדיגט די דריטע מאל משניות ברוך ה', וואס וועט אבער זיין מיט מיין שידוך? ווער וועט מיר וועלן נעמען?


א גרויסן יישר כח נאכאמאל.


יהושע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ג' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהושע נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט משניות כסדרן לויטן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (עיין שיחות הר"ן, סימן עו) און דו האסט שוין זוכה געווען צו מסיים זיין דעם דריטן מאל ששה סדרי משנה.


עס ווערט געברענגט (מדרש תלפיות, עמוד מא) אז אשר בן יעקב זיצט ביים טיר פון גיהנום, און ווען ער זעט א נשמה וואס האט אסאך גע'חזר'ט משניות לאזט ער נישט אריין די נשמה אין גיהנום.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה. דאס איז געווען ביים הייליגן רבי'ן דער עיקר, אזוי ווי ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "נִכְסַפְתִּי מְאֹד לְהַמְשִׁיך אֶת הָעוֹלָם אֶל עֲשִׂיָּה שֶׁיִּהְיֶה חִיוּב אֵצֶל כָּל אֶחָד וְאֶחָד לִלְמוֹד כָּך וְכָך בְּכָל יוֹם וְלֹא יַעֲבוֹר וְכַיּוֹצֵא", איך וויל זייער שטארק אריין ברענגען אין די וועלט אז מען זאל לערנען די הייליגע תורה.


בנוגע דיין שידוך וכו'; געדענק גוט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה אין נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן. אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעהן מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער געבט שידוכים.


אז דו וואוינסט אין ארץ ישראל קענסט זיך גרינג אריבער כאפן קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש זכרונו לברכה און דארט אויסזאגן גאנץ ספר תהילים לזכותו. ווייל מוהרא"ש  זכרונו לברכה האט מבטיח געווען בזה הלשון: "אִיךְ זָאג צוּ, אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר, אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ, אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


בנוגע דיין סמארטפאון וכו'; וויסן זאלסטו אז מיר האבן אין אונזער דור א צרה וואס רופט זיך "אינטערנעט". דאס האט שוין חרוב געמאכט זייער אסאך אידישע קינדער, ווייל אז מען היט זיך נישט די אויגן און מען קוקט שמוציגע קליפס, עקעלדיגע אויסגעלאסענע קליפס וכו' ברענגט דאס אז מען זאל פארלירן די אמונה און דאס יראת שמים רחמנא לצלן.


דער ס"מ האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפ ווארפן אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך, גרינגערהייט אין עבירות; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג, דער בחור קויפט זיך א סמארטפאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, דארף ער שוין נישט גיין אין ערגעץ. ער זיצט ביי זיך באהאלטן און קוקט דארט אפ אלע שמוץ וואס איז דא אויף דער וועלט רחמנא לצלן. אין אנהייב זעט עס אויס זייער גוט, עס גלאנצט און עס שמייכלט צום בחור, אבער ווען מען בייסט אריין אין דעם, מען קוקט אפ אלע עבירות, ווערט דער בחור זייער צעקלאפט און צעבראכן, ער וועט פרובירן אלעס אויף דער וועלט צו ווערן פרייליך, אבער גארנישט קען צוריק פרייליך מאכן וכו' ווען מען האט שוין פוגם געווען בפגם הברית רחמנא לצלן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן א'): "הַיֵּצֶר הָרָע מִתְלַבֵּשׁ עַצְמוֹ בְּמִצְווֹת, וּמַטְעֶה אֶת הָאָדָם כְּאִלּוּ מְסִיתוֹ לַעֲשוֹת מִצְוָה"; ווען דער יצר הרע קומט צום מענטש אים אוועק צו נעמען פונעם אייבערשטן, שטעלט ער זיך אהער ווי אן ערליכער איד, ער רעדט איין דעם מענטש אויף אן עבירה אז דאס איז א מצוה.


רעד זיך נישט איין אז דאס וועט דיר ברענגען יראת שמים. און אפילו לאמיר זאגן אויב עס וועט דיר יא ברענגען יראת שמים וועט עס דיר נאכדעם אראפ ווארפן און עס וועט זיין: "יָצָא שְׂכָרוֹ בְּהֶפְסֵדוֹ". אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יב): "מַהֵר לִשְׁמוֹעַ וּמַהֵר לְאַבֵּד, יָצָא שְׂכָרוֹ בְּהֶפְסֵדוֹ"; דאס איז ממש געזאגט געווארן אויף דעם וכו'. ווייל פון איין זייט איז "מַהֵר לִשְׁמוֹעַ", מען הערט אין איין מינוט דרשות וכו' און מען קען אסאך קונה זיין, אבער אז מען היט זיך נישט דערפון איז אין איין מינוט - "וּמַהֵר לְאַבֵּד" - קען מען אלעס פארלירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן דיין זיווג בקרוב.

#251 - וועגן ברכת המפיל, און ווי אזוי רעדט מען צו קינדער איבער קדושה?
חינוך הילדים, קדושה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך באדאנקען פאר אייך פאר די פילע חיזוק און עצות אין לעבן וואס מיר באקומען פון אייך. כאטש וואס איך האב שוין געהערט און מקבל געווען אויך פון מוהרא"ש זי"ע, אבער מיט אייערע דרשות איז דאס פיל מער לעבעדיג, איר ברענגט עס אראפ אויף אזא פשוטע און אמת'ע אופן, אז ס'איז ממש נישט מעגליך עס נישט מקיים צו זיין.


מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ער האט גענומען דעם ליקוטי מוהר"ן און דעם ליקוטי הלכות און ער האט עס געמאכט ווי "עפל סאוס", אז מ'זאל אפילו נישט דארפן זיך אנשטרענגען אריינצובייסן אינעם הארטן עפל, נאר מ'זאל עס קענען גאר גרינג עסן, ווי מען געבט פאר א קינד צעריבענע עפל וואס איז אים גרינג צו עסן. ביים ראש ישיבה קען מען זאגן אז איר האט עס געמאכט נאך גרינגער, ממש ווי "עפל דזשוס", מען דארף אפילו נישט נעמען א לעפל צו עסן די צעריבענע עפל, מ'קען עס ממש אויסטרינקען אזוי גרינג ווי מ'טרינקט "עפל דזשוס".


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך געהערט וואס דער ראש ישיבה האט גערעדט לעצטנס ביי א דרשה ווען זאגן די ברכה פון "המפיל", אז אזוי ווי מ'טאר נישט עסן אן א ברכה, טאר מען נישט שלאפן אן א ברכה. למעשה איז מיר דאס זייער שווער, ווייל ווען איך גיי שוין אריין אין בעט האב איך שוין נישט קיין כח צו גארנישט, און דעריבער ליין איך קריאת שמע א שעה צוויי פריער, אבער איך וויל נישט דעמאלט זאגן "המפיל", ווייל מיין מאן קומט אהיים שפעט און איך וויל נאך קענען רעדן צו אים, ווי אזוי זאל איך זיך פירן מיט דעם?


אויך האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי מ'רעדט צו די קליינע קינדער איבער קדושה. פון איין זייט ווייס איך די וויכטיגקייט פון רעדן און אויפקלערן די קינדער אז זיי זאלן זיך זייער אכטונג געבן פון שלעכטע מענטשן, אבער פון די אנדערע זייט וויל איך נישט אריינלייגן אין זיי צופיל פחדים אז זיי זאלן צופיל טראכטן פון דעם.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א מתנה אין אונזער דור - מוהרא"ש זכרונו לברכה; מוהרא"ש נעמט דעם רבינ'ס עצות און ברענגט דאס אראפ פאר אונז פשוט'ע מענטשן אז מיר זאלן אויך קענען לעבן מיט די אלע שיינע עצות און לעבן מיטן אייבערשטן, מיר דארפן דאס נאך מער אראפ ברענגען פאר אונזערע מוחות אז מיר זאלן אויך קענען לעבן שטענדיג מיטן אייבערשטן.


אייער מאן נרו יאיר פארציילט מיר אז אייער קליין אינגעלע לעבט מיט אזא אמונה, יעדעס מאל מען לייגט אים אראפ דאס עסן זאגט ער פון זיך אליין "ש'כח אייבערשטער"; אין די גאנצע וועלט זעט מען נישט אזא זאך, מען זאל לעבן מיט אזא אמונה, אז קליינע קינדער רעדן צום אייבערשטן און יעדע זאך וואס זיי דארפן בעטן זיי דעם אייבערשטן.


בנוגע ליינען קריאת שמע און זאגן המפיל וכו'; ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט ווי חשוב קריאת שמע שעל המטה איז, וואלט יעדער איינער געליינט קריאת שמע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ, מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן גייען אלע מזיקים אוועק פון אים; נאך זאגן זיי (שם): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע פארן גיין שלאפן איז אזוי ווי ער האלט א מעסער וואס איז שארף פון ביידע זייטן און אזוי הרג'עט ער אויס אלע מזיקין; זייער גוט טוט איר אז איר ליינט קריאת שמע גענוג פרי, אפילו איר גייט נאך נישט שלאפן, ווייל אז מען שטופט דאס אפ אויף שפעטער קען מען איינשלאפן אן קריאת שמע. ברכות המפיל זאגט מען גלייך פאר מען ליינט קריאת שמע אזוי ווי עס איז געדרוקט אין סידור עת רצון.


בנוגע רעדן צו קינדער וכו'; מען דארף רעדן צו קינדער זיי זאלן אכטונג געבן פון מנוולים, אבער מען דארף געדענקען דעם מאמר החכם: "מִן הַזְּהִירוּת - לֹא לְהִזָּהֵר כָּל כַּך", איינע פון די זאכן וואס מען דארף אכטונג געבן איז נישט צו סאך אכטונג געבן; פון איין זייט דארף מען טאקע אנזאגן די קינדער אכטונג צו געבן פון מענטשן וכו' און מען דארף זען זיי זאלן זיין באקוועם צו רעדן מיט טאטע מאמע ווען עפעס שטערט זיי. זייער אסאך מאל קענען קינדער נישט ארויס געבן זייערע געפילן וכו' אדער דערציילן וואס שטערט זיי ווען זיי זעהן ווי מען מאכט זיי אוועק און מען הערט זיי נישט אויס, דאס איז זייער וויכטיג פאר קינדער. אבער פון די אנדערע זייט דארף מען אויך לעבן, מען קען נישט לעבן מיט פחדים א גאנצן טאג. דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט כדי מען זאל לעבן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כה:): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", נישט מען זאל שטענדיג ארומגיין מיט פחדים.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן נחת פון אלע אייערע קינדער.

#250 - וואס טו איך ווען איך רעד מיט מיין ווייב, און מיין מאמע רופט אריין?
שלום בית, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה טוט אריינצוברענגען די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי איך דארף זיך פירן ווען איך האלט אינמיטן רעדן מיט מיין ווייב אויפ'ן טעלעפאן און מיין טאטע אדער מאמע רופן מיר אריין אינדערמיט. איך וויל און איך דארף זיי ביידע מכבד זיין, און ביידע נישט פארשעמען אדער מצער זיין, ווי אזוי פיר איך זיך אין אזא מצב?


א גרויסן יישר כח.


דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן; דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיך אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶך אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶך אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ; דער שיחה איז ממש מקוים געווארן ביי תלמידי היכל הקודש וואס זענען זייער מכבד די טאטע מאמע.


עס איז זייער וויכטיג צו רופן די עלטערן יעדן טאג; אסאך מאל קען אריבערגיין א גאנצע וואך וואס מען רעדט נישט מיט די עלטערן. דאס קומט בלויז ווייל מען ווייסט נישט דאס גרויסקייט פון די מצוה; מוהרא"ש פלעגט יעדן טאג אנרופן זיין טאטע גלייך נאכן דאווענען, דאס איז געווען ביי מוהרא"ש די ערשטע זאך.


דאס וואס די תורה זאגט (בראשית ב, כד): "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ", מיינט נישט צו זאגן אז מען זאל זיך חס ושלום אפלאזן פון די עלטערן. נאר די כוונה פון דעם איז צו זאגן: 'מיש נישט אריין דיינע עלטערן אין דיין לעבן, רעד זיך נישט אפ פאר זיי און קרעכץ נישט פאר זיי'; פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטס און מען ברענגט זיי נאר נחת.


אויב עפעס דרוקט און מען קומט זיך נישט אויס איינער מיטן צווייטן, עס איז דא חלוקי דעות צווישן מאן און ווייב, לויפט מען נישט דערציילן פאר די עלטערן, ווייל די עלטערן האבן שוין גענוג געהאט אין זייער לעבן, זיי זענען שוין גענוג אריבער וכו' און יעצט איז זייער צייט צו שעפן נאר נחת; נאר מען גייט צו אן ערליכער איד ער זאל מחזק זיין דאס פאר-פאלק און זיי ווייזן ווי אזוי מען קען לעבן בזה העולם אין גן עדן וכו'.


אין די זעלבע צייט האלט מען חשוב די ווייב וכו'; ווייל שלום בית איז אין היכל הקודש א יסוד היסודות. מוהרא"ש האט זיך זיין גאנצע לעבן אוועק געגעבן עס זאל זיין שלום ביי אידישע קינדער.


מוהרא"ש זכרונו לברכה ברענגט א מאמר החכם: "מִן הַזְּהִירוּת לֹא לְהִזָּהֵר כָּל כַּך"; ווען מען רעדט מיט די עלטערן אדער מיט די ווייב און א צווייטער רופט אריין, אויב איז וויכטיג וואס מען רעדט יעצט וכו' רופט מען יענעם שפעטער צוריק. און אז מען ווייסט אז יענער האט עפעס וויכטיג גייט מען צו יענעם וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#249 - זאל איך רעדן מיט מיינע עלטערן, ווען דאס מאכט מיר גרויס צער?
שלום בית, כיבוד אב ואם, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ממש נישט די ווערטער אייך צו דאנקען אויף אלעס וואס איך האב באקומען פון אייך, די פילע עצות און חיזוק וואס איך האב באקומען פון אייערע שיעורים און ניגונים. דאס האט ממש געטוישט אונזער לעבן צום גוטן, מיין מאן האט אנגעהויבן לערנען און ער האט שוין געמאכט א סיום משניות, און אויף יעדע פראבלעם האבן מיר גלייך די עצה צו בעטן און רעדן צום אייבערשטן.


איך האב א שאלה אין כיבוד אב ואם, מיינע עלטערן האבן קיינמאל נישט געהאט קיין שלום בית, און איך האב זייער אסאך געליטן פון דעם אלע יארן, איך האב געלעבט מיט שרעקליכע יסורי הנפש. דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב ב"ה חתונה געהאט, און געגאנגען וואוינען אויף אן אנדער פלאץ, און צוביסלעך ארויסגעקראכן פון די פראבלעמען.


מיט עטליכע יאר צוריק האט זיך אנגעהויבן צו פארבעסערן די שלום בית ביי מיינע עלטערן, אבער יעצט איז זיי אונטערגעקומען א פרישע צרה אז מיין טאטע האט באקומען א קרענק, און ער פייניגט זייער אויס מיין מאמע אז זי איז שולדיג אין אלע זיינע צרות.


מיין הארץ גייט אויס פאר ביידע פון זיי, איך שפיר זייער שטארק זייער צער און ווייטאג, דאס טרעט מיר ממש צו צום געזונט און איך שפיר ווי דער מצב ברענגט מיר צוריק צו מיין מרה שחורה פון די יונגע יארן, און איך קען נישט אזוי ווייטער אנגיין אין לעבן.


מיין שאלה איז וואס איך דארף צו טון, זאל איך רעדן ווייניגער צו זיי? ווייל איך שפיר אז ווען איך רעד צו זיי מאכט עס מיר געפערליך בעצבות?


א גרויסן יישר כח פאר'ן נעמען די צייט מיר צו ענטפערן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט חתונה געהאט און זעט ווייטער צו לעבן א לעבן פון גן עדן.


איר שרייבט אז אייער מאן האט געמאכט א סיום אויף משניות; דארפט איר זען צו מאכן פאר אים א שיינער סיום.


שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויעט אויף איר הויז; א קלוגע פרוי, ווען זי זעט איר מאן לערנען, מאכט זי א גאנצע טראסק דערפון, זי מאכט א שיינע סיום וכו', וואס דאס מאכט אז דער מאן זאל ווייטער לערנען. דעריבער איז זייער חשוב אז יעדעס מאל ווען אייער מאן נרו יאיר פארציילט אייך וועגן א מסכת וואס ער האט מסיים געווען, זאלט איר מאכן א שיינע סעודה.


בנוגע אייערע עלטערן; איר זאלט רופן אייערע עלטערן און זיי פארציילן שיינע זאכן. ווען עלטערן זעהן נחת ביי זייערע קינדער און אייניקלעך דאס מאכט זיי לעבן און דאס געבט זיי כח ווייטער אנצוגיין. און פארקערט אויך, ווען עלטערן זעהן ווי די קינדער פירן זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין, טוט דאס פארקערצערן זייער לעבן ה' ירחם. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן מב): "בָּנִים הַטּוֹבִים, רְפוּאָה גְּדוֹלָה לָאָבוֹת", ווען עלטערן זעהן ווי קינדער פירן זיך ווי עס דארף צו זיין, דאס היילט זיי אויס.


דערפאר זאל איר ווייטער רעדן מיט אייערע עלטערן. עס איז נישט דא קיין גרעסערע מצוה פון כיבוד אב ואם; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: "די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן און איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן"; איר זאלט זיי ווייטער רופן וכו' און אז זיי גיסן זיך אויס זייער הארץ פאר אייך, זיי דערציילן זייערע צרות - זאלט איר בעטן א תפילה פאר זיי. אבער אויב דאס שטערט אייער לעבן, איר שפירט ווי דאס שלעפט אייך צוריק צו אייערע יסורים פון אלץ קינד, זאלט איר זיך ארויסדרייען וכו', ווייל איר קענט נישט מאכן אז אייער לעבן זאל זיך אפשטעלן. מען דארף וויסן ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן.


ר' נתן זכרונו לברכה האט געבעטן זיין ווייב און טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט און איך מאך ליכטיג דא אין שטוב, זאלסטו אריין שיינען אין אלע אידן די ליכט פונעם הייליגן רבי'ן"; דאס זעלבע זאלט איר אויך טון. ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט, מאך ליכטיג פאר אלע אידן און העלף ארויס אלע וואס מוטשען זיך מיט שוועריקייטן. העלף ארויס מיין טאטע ער זאל זיין געזונט און שטארק. און העלף ארויס מיין מאמע זי זאל האבן אביסל מנוחה אין איר לעבן".


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס געשעהט ווען א מענטש רעדט צום אייבערשטן; דער אייבערשטער אליינס קומט און הערט אויס ווי דער מענטש רעדט צו אים. אלע מלאכים פרעגן: "וואו איז דער אייבערשטער? וואס טוט דער אייבערשטער?" ענטפערט מען זיי אז דער אייבערשטער איז יעצט עוסק מיט א איד וואס וויינט צו אים און טענה'ט זיך מיט אים. פרעגן אלע: "פארוואס זאל דער אייבערשטער אליינס עוסק זיין מיט זיי? מיר וועלן אויסהערן די טענות און עוסק זיין מיט זיי?" זאגט דער אייבערשטער: "ניין - אֲנִי וְהוּא בִּלחִדוֹי - איך וויל זיך אליינס אפגעבן מיט אים (זוהר פרשת בלק, קצה.)".


אין די זעלבע צייט דארפט איר אויך דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט אייך, אז איר האט אזוי גוט חתונה געהאט, אז אייער מאן לערנט די הייליגע תורה און אז איר ווייסט פון הייליגן רבי'ן.


זייט פרייליך און מיט שמחה וועט איר אלעס אויס'פועל'ן.