שאלה אין קורצן ענין
#308 - איז דער סדר דרך הלימוד, נאר פאר ווען מ'איז אין א שוואכע מינוט?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט וואס איר האט געשריבן אין א תשובה, וועגן דעם "סדר דרך הלימוד", אז דער רבי האט געהייסן פאר רבי נתן צו "זאגן" יעדן טאג ח"י פרקים משניות, כאטש וואס רבי נתן האט געקענט ש"ס אויף אויסנווייניג מיט אלע תוספות, און איר ברענגט דארט ארויס אז אפילו איינער וואס קען לערנען און פארשטייט לערנען, זאל ער נאכאלץ נעמען דעם דרך הלימוד פון רבי'ן צו זאגן אן פארשטיין.


איז מיין שאלה אויב דאס איז געזאגט געווארן דוקא ווען דער מענטש איז אין א שוואכע מינוט, ווען ער האט א ירידת המוחין און אנדערע פראבלעמען וואס לאזן אים נישט לערנען געהעריג, אדער איז דאס טאקע סתם אזוי צו יעדע צייט און מצב.


ווייל איך האב געליינט אין ספר הקדוש אשר בנחל באידיש (דאכט זיך ערגעץ אין חלק ד') ווי מוהרא"ש איז מסביר באריכות דעם "סדר דרך הלימוד", און דארט זעט יא אויס אז עס איז נישט געמאכט געווארן פאר איינעם וואס חשק צו לערנען און פארשטייט לערנען.


א גרויסן יישר כח, און ביטע זייט מתפלל פאר מיר איך זאל האבן שלום בית (איך בין יעצט צעטיילט) און איך זאל זוכה זיין אמת'דיג תשובה צו טון.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט לאזן נארן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן.


א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן, נאר שטענדיג קוקן אויף זיך און זיך אליינס פרעגן: "ווען האב איך דאס לעצטע מאל געעפענט א ספר?" א מענטש כאפט נישט אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, א חודש נאך א חודש, אפילו א יאר נאך א יאר, און ער האט נישט געעפענט קיין אידיש ספר צו לערנען אפילו איין ווארט תורה.


יעדער מענטש וויל לערנען, יעדער מענטש איז צעבראכן אז ער לערנט נישט און יעדער ווייסט זייער גוט אז נאר תורה מאכט פרייליך דעם מענטש, דער פראבלעם איז אז מען האט גוטע תירוצים. איינער זאגט: "איך פארשטיי נישט קיין לערנען"; איינער זאגט: "איך פלעג לערנען, אבער לעצטנס גייט אריבער אויף מיר זייער פיל שוועריקייטן אז איך קען זיך פשוט נישט אווקעזעצן לערנען"; א דריטער זאגט: "ווען דו וועסט האבן א ווייב ווי איך, ווען דו וועסט האבן אזעלכע שווערע צרות ווי איך האב, וואלסטו אויך נישט געקענט לערנען".


אט דא קומט אריין דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד"; ווען א מענטש נעמט אן דעם רבינ'ס ווערטער מיט א שטארקייט, ער הייבט אן לערנען יעדן טאג אביסל חומש; ער הייבט אן די סדרה אנהייב וואך, זונטאג לערנט ער ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; נאכדעם נעמט ער א משניות, ער הייבט אן פון אנהייב מסכת ברכות "מֵאֵימָתַי קוֹרִין אֶת שְׁמַע וְכוּ'", ביז ער ענדיגט מסכת ברכות, נאכדעם הייבט ער אן מסכת פאה אזוי לערנט ער פרק נאך פרק ביז ער ענדיגט א סדר נאך א סדר, אויף דעם וועג וואלט יעדער איינער זוכה געווען צו לערנען פלייסיג.


דעריבער בעט איך דיר זייער, פאלג דעם הייליגן רבי'ן און הייב היינט אן צו לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד"; נעם א משניות און הייב אן זאגן פרקים משניות, נעם א גמרא און זאג דפים גמרא, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו ווייטער לערנען, זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה ווייל דאס וועט דיר ברענגען נאנט צום אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.): "בָּרָאתִי יֵּצֶר הָרָע, וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", איך האב באשאפן דעם יצר הרע - זאגט דער אייבערשטער - אבער איך האב אויך באשאפן א רפואה פארן יצר הרע, דאס איז די הייליגע תורה, וואס דאס איז א מעדיצין קעגן דעם יצר הרע, "וְאִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ".


דער רבי האט אויך געוואלט מען זאל לערנען א שיעור בעיון; אינעם זעלבן שיחה וואו דער רבי זאגט מען זאל לערנען שנעל אפילו מען פארשטייט נישט, זאגט דער רבי (שיחות הר"ן סימן עו): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", א מענטש זאל אויך האבן א שיעור צו לערנען בעיון אביסל יעדן טאג; דאס ווענדט זיך שוין יעדער מענטש וויפיל ער קען וכו', אבער דער ערשטער חלק פונעם סדר דרך הלימוד דאס איז נוגע פאר יעדן איינעם, דאס איז א דבר השוה לכל נפש.


וואויל איז פאר דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן; ביי אים וועט מקיום ווערן דער פסוק (משלי לא, כה): "עֹז וְהָדָר לְבוּשָׁהּ, וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן"; וואס די הייליגע חכמינו זכרונם לברכה דרש'נען אויף דעם (שמות רבה נג, ב): "אֵימָתַי הַתּוֹרָה מְשַׂחֶקֶת?" ווען לאכט די תורה צום מענטש, ווען זעט דער מענטש וואס ער האט אלץ געטון אין זיין לעבן? "הֱוֵי לְיוֹם אַחֲרוֹן", ביים לעצטן טאג; דעמאלט וועלן אפיר קומען אלע פרקים משניות און דפים גמרא, דעמאלט וועט מען זען די ווארהייט פונעם סדר דרך הלימוד; דאס גרויסקייט פון די וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות.


ביי די לויה ווען מען וועט באגלייטן דעם נפטר וואס האט געפאלגט דעם הייליגן רבי'ן, וועט מען נישט סתם טראגן דעם ארון, נאר עס וועט זיין א ריכטיגער ארון הקודש, א ארון מלא ספרים; עס וועט ליגן אינעם ארון גאנץ תַּנַּ"ך, שִׁשָּׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה, בַּבְלִי, יְרוּשַׁלְמִי, תּוֹסֶפְתָּא, רַמְבַּ"ם, טוּר, שֻׁלְחָן עָרוּך, כָּל הַמִּדְרָשִׁים, זוֹהַר וְתִּקּוּנִים, כָּל סִפְרֵי רַבֵּינוּ וְכוּ' וְכוּ'; דעמאלט וועט מען זען ווער עס איז דער געלעכטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#307 - זאל מען פארן קיין מירון ווען מ'האב חובות?
חובות, צדיקים, קברי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן און איך ווילן ביידע ער זאל פארן קיין מירון אויף ל"ג בעומר, דער פראבלעם איז נאר אז דאס קאסט אסאך געלט, סיי די טיקעט און סיי די איבריגע זאכן ארום און ארום, און מיר האבן יעצט אסאך חובות.


מיר פרובירן טאקע צוביסלעך אפצוצאלן אלע חובות, אבער די נסיעה קיין מירון קען מאכן די חובות נאך גרעסער. מיר וועלן זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז שרייבן וואס מיר זאלן טון.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ארויס גיין פון אייערע חובות; פון פארן צו קברי צדיקים דערלייגט מען נישט. אדרבה, אז איר וועט פארן קיין מירון צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי און דארט מתפלל זיין אז איר זאלט ארויס גיין פון אייערע חובות, וועט איר נאר געהאלפן ווערן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ט.): "כְּדַאי הוּא רַבִּי שִׁמְעוֹן לִסְמֹך עָלָיו בִּשְׁעַת הַדְּחַק", זאגן אויף דעם די צדיקים, אז ווען א מענטש איז אין א שעת הדחק, ער איז צעדרוקט, "וועט די זכות פונעם הייליגן תנא רבי שמעון מגין זיין אויף אים ער זאל ארויס קריכן פון זיין דחק", אזוי ווי רבי שמעון זאגט (סוכה מה:): "יָכוֹל אֲנִי לִפְטֹר אֶת כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ מִן הַדִּין וְכוּ'", איך קען פטר'ן די גאנצע וועלט פון דין; ממילא זאלט איר פארן צום הייליגן תנא רבי שמעון, און אז איר וועט אויסניצן די צייט דארט וועט איר ארויס גיין פון אייערע חובות און איר וועט האבן פרנסה בריווח.


דער אייבערשטער זאל אונז אלע העלפן בזכות התנא האלוקי רבי שמעון אז מיר זאלן אלע געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס מיר דארפן.

#306 - מיין מאן איז ממש פארקויפט פאר זיין פרנסה, וואס טו איך?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס שרייבט צו אייך א פארווייטאגטע פרוי, וואס האפט אז דער ראש ישיבה וועט מיר קענען ארויסהעלפן אין מיין מצב.


איך האב ב"ה א שטוב מיט קינדערלעך מיט א וואוילער מאן, ער איז א גוטע מענטש מיט גוטע מדות, ער איז קובע עתים לתורה צוויי מאל א טאג, און נאך פילע מעלות, ער האט אבער א שטארקע חסרון אז ער איז זייער שטארק פארקויפט פאר זיין ארבעט און פרנסה, און דאס טוט מיר זייער וויי, איך שפיר אז ס'איז דא נאך א שותף אין אונזער צוזאמענלעבן, די פרנסה איז אויך דא א גרויסע חלק, און נאך א גרעסערע חלק ווי מיר.


מיין מאן פארשטייט נישט פארוואס דאס שטערט מיר אזוי שטארק, אבער איך קען דאס ממש נישט אויסהאלטן. עס דרוקט זיך אויס אין אסאך וועגן, און איך וועל נאר אנכאפן עטליכע משלים, ער מוז האבן זיין טעלעפאן מיט זיך ממש אלעמאל ווייל אפשר וועט אריינקומען א וויכטיגע אימעיל וועגן זיין ארבעט, ווען מיר גייען שפאצירן אדער אפילו ווען מיר פארן אויף וואקאציע וועט ער אייביג מיטנעמען זיין ארבעט מיט זיך, און אויב דארף ער עפעס טון פאר די ארבעט, וועט ער מיר לאזן הענגען און זיך ענדערש אפגעבן מיט די ארבעט.


איך שפיר אז איך קען מער נישט אנגיין אזוי, און איך האף אז דער ראש ישיבה וועט מיר קענען ווייזן דעם וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין אין מיין שווערע מצב.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן מיט גוטע מידות; איר קענט זיך נישט פארשטעלן ווי גליקליך איר זענט אז אייער מאן איז קובע עיתים לתורה, אין צוגאב צו זיינע פיל מעלות – אזוי ווי איר שרייבט. דעריבער זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן.


דאס וואס עס באדערט אייך אז ער איז צוגעבינדן צו זיין ארבעט דורך זיין טעלעפאן וכו', עס שטערט אייך אז ער לויפט צו דעם א גאנצן צייט אפילו ווען ער איז אין שטוב; די ערשטע זאך דארפט איר זיין זייער אפען מיט אייער מאן, זאגט אים אז עס באדערט אייך זייער שטארק אז שוין נאך די ארבעטס שעה'ן, אין די צייט וואס ער איז אין שטוב מיט אייך און מיט די קינדער, איז ער נאך אלץ פארנומען מיט זיין ארבעט; בעטס אים אז אין שטוב זאל ער נישט אריין ברענגען זיין ארבעטס טעלעפאן, אזוי וועט זיין קאפ נישט אוועקלויפן פון אייך און פון די קינדער.


איר פארשטייט אליינס אז אויב מען וויל עפעס פועל'ן ביי א מאן וכו' דארף מען וויסן ווי אזוי צו רעדן, ווייל קיינער האט נישט ליב צו הערן קריטיק, בפרט א מאן גלייכט נישט צו הערן פון זיין ווייב קריטיק און ווען א פרוי קריטיקירט איר מאן איז עס אים זייער שווער צו נעמען. דעריבער, אז איר ווילט זיך עפענען פאר אים און איר ווילט אים געבן צו פארשטיין וואס באדערט אייך, דארפט איר זען צו רעדן צו אים מיט חכמה. רעדט צו אים שיינע ווערטער; זאגט אים ווי צופרידן איר זענט פון אים, זאגט אים ווי פרייליך איר זענט מיט אים, רעכענט אים אויס אלע זיינע מעלות, נאכדעם קענט איר אים זאגן שיינערהייט וואס באדערט אייך, איר קענט אים בעטן: "הלואי ווען דו וואלסט נישט אריין געברענגט אין שטוב דיין ארבעטס טעלעפאן", אויב וועט איר אזוי טון, וועלן די ווערטער זיכער אריין גיין אין זיין הארץ.


איר דארפט אבער פארשטיין אז דאס גייט נישט מיט איין מאל רעדן, ווייל ווען א מענטש איז צוגעקלעבט צו א זאך וכו' דארף מען אסאך שמועסן מיט אים ביז מען וועט קענען צוברענגען ער זאל דאס קענען אפלאזן, עס פארלאנגט זיך א סאך שיינע רייד ביז דאס וועט אים אריינגיין אין הארצן, אזוי ווי דער בעל תפילה פלעגט טון (סיפורי מעשיות, מעשה יב), ער פלעגט אסאך רעדן מיט מענטשן זיינע רייד, ביז זיינע רייד זענען יענעם אריין אין הארץ; ווייל א דיבור האט זייער א גרויסער כח, און אויב מען רעדט שיינע ווערטער פועל'ט דאס.


איר זאלט חס ושלום נישט צוהערן צו די אלע וואס העצן אויף פרויען אנטקעגן זייערע מענער און געבן עצות וואס קומען פון די גוים, אז מען זאל זיך אפהאלטן וכו' ביז מען פועל'ט וואס מען וויל פועל'ן. וויסן זאלט איר, אויב א פרוי שיידט זיך אפ פונעם מאן ווייל זי וויל עפעס פון אים וכו' זי סטראשעט מיט וכו' קען זי באקומען א גרויסער עונש דערויף, ווייל דאס איז זייער א גרויסער עבירה; וויי פאר די פרויען וואס טיילן זיך אפ וכו' פון די מענער ביז זיי פועל'ן וואס זיי ווילן, וויי איז פאר די פארדארבענע שלום בית מאכער'ס וואס געבן אזעלכע עצות וואס איז אנטקעגן די תורה; חוץ פון דעם וואס עס איז נישט קיין שכל'דיגע זאך, ווייל דער סוף וועט זיין אזוי ווי דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו, ווען משה רבינו האט געבעטן דעם אייבערשטן (שמות לג, יח): "הַרְאֵנִי נָא אֶת כְּבֹדֶךָ", האט אים דער אייבערשטער געזאגט (ברכות ז.): "כְּשֶׁרָצִיתִי - לֹא רָצִיתָ, עַכְשָׁיו שֶׁאַתָּה רוֹצֶה - אֵינִי רוֹצֶה", ווען איך האב געוואלט האסטו נישט געוואלט, יעצט - ווען דו ווילסט - וויל איך נישט וכו'.


צווייטנס, דארף מען וויסן וואס דער רבי זאגט: "מיט גוטן פועל'ט מען בעסער ווי מען שלעכטן, און אויב מען זעט אז מען האט יא געפועל'ט מיט שלעכטן, זאל מען וויסן אז מען וואלט דאס געקענט פועל'ן אסאך גרינגער און שנעלער מיט גוטן"; א קלוגע פרוי ווייסט ווי אזוי אויפצוהייבן איר מאן און אים מחזק זיין ער זאל זיך פירן בדרך התורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א חסיד וואס האט געהאט א ערליכע פרוי, און זיי האבן נישט זוכה געווען צו האבן קינדער, האבן זיי אפגעמאכט צווישן זיך אז וויבאלד זיי האבן נישט קיין קינדער וועלן זיי זיך גט'ן, און אזוי האבן זיי געטון, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער חסיד האט חתונה געהאט מיט נישט אן ערליכע פרוי און מיט די צייט האט זי אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", ווידער די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א מאן א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א צדיק, פירן די הייליגע חז"ל אויס: "הֱוֵי, שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז די פרוי האט זייער שטארקע כוחות, און זי קען איבער דרייען איר מאן.


אז איר וועט יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז אייער מאן זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין, וועט דער אייבערשטער העלפן אז ער וועט זיך טאקע פירן מיט יראת שמים און ער וועט זיך אפגעבן מיט אייך און מיט די קינדער; ווייל תפילה איז שטערקער פון אלע עצות און פון אלע סגולות.


יעדעס מאל איר דערמאנט זיך פון אייער פראבלעם זאלט איר ארויס זאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין טייערע מאן און פאר מיינע טייערע קינדער. רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל האבן שלום בית, העלף מיר איך זאל זוכה זיין אויפצוברענגען ערליכע קינדער, העלף אז מיין טייערער מאן זאל פארשטיין וואס איך וויל פון אים ווען איך בעט אים ער זאל נישט אהיים ברענגען זיין ארבעטס טעלעפאן. העלף אז מיין מאן זאל זיך פירן ערליך מיט יראת שמים, העלף מיר אז ווען מיין מאן קומט אהיים צו מיר און צו די קינדער זאל ער נישט זיין אזוי אריין געטון און זייטיגע זאכן, אזוי וועלן מיר צוזאמען קענען מחנך זיין אונזערע קינדער".


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדעס מאל ווען איר דערמאנט זיך פון אייער פראבלעם ביז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן און איר וועט זען א פארענדערונג.

#305 - פארוואס כאפן זיך אן אויף ברסלב אזויפיל משוגעים?
חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א קשיא צום ראש ישיבה, און איך האף אז דער ראש ישיבה וועט מיר דאס ענטפערן, ווייל איך פרעג עס באמת נישט לקנטר, נאר ווייל איך וויל טאקע פארשטיין.


דער ראש ישיבה זאגט אלעמאל אז ברסלב איז נאר תורה און תפלה און די אלע עצות פון הייליגן רבי'ן, און די אלע משוגעים וואס כאפן זיך אן אין ברסלב, זענען באמת נישט ברסלב. מיין קשיא איז פארוואס די אלע שלעכטע מענטשן און משוגעים כאפן זיך אן דוקא אין ברסלב, פארוואס כאפן זיי זיך נישט אן אין אנדערע חסידות'ן, דאס ווייזט דאך יא אז עפעס ליגט דא אונטער דעם.


איך האף דער ראש ישיבה וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח, מנחם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מנחם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז' - מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט איז דער ס"מ געקומען צום בית דין של מעלה מיט א טענה: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האט מען מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף דער וועלט, גיי זוך דיר אן עצה", איז ער אוועק געגאנגען און ער איז צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקער אן איינגעבויגענער, זיי האבן זייער געלאכט און געזאגט אז זיי האבן שוין אן עצה, און די נשמה קען שוין אראפ קומען אויף דער וועלט.


וואס איז די עצה פונעם ס"מ? מוהרא"ש זאגט אז זיין עצה איז אז ער פארשעמט דעם רבי'ן; דאס וואס מיר ליידן ביז היינט פון דעם וואס מענטשן מיינען אז ברסלב איז א פלאץ פון משוגעים און מטורפים, דאס איז אלץ א מניעה וואס דער ס"מ שטעלט אוועק אז מען זאל מורא האבן פון ברסלב, מען זאל נישט לערנען דעם רבינ'ס ספרים און מען זאל זיך צוריק האלטן פון האבן שייכות מיט ברסלב'ער חסידים.


דו ביסט גערעכט מיט דעם וואס דו שרייבסט אז עס זענען דא אסאך אינטערעסאנטע מענטשן וואס פאררופן זיך "ברסלב'ער"; ליידער האבן זיך צוגעקלעבט צו ברסלב כל מיני משוגעים און אינטערעסאנטע באשעפענישן וואס טאנצן אין די גאסן, בפרט די נייע צרה פון נ' נח' וכו'. דאס מאכט א שרעקליכער שלעכטער נאמען אויפן הייליגן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים, און דאס איז גורם אז זייער אסאך מענטשן האלטן זיך אפ פון לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און מקורב ווערן צום רבי'ן.


מען דארף אבער וויסן אז אזוי ווי יעדע זיסע פרוכט האט אויף זיך א הארטע שאלאכטץ, און ווען מען נעמט אוועק דעם שאלאכטץ האט מען א געשמאקע זיסע פרוכט; אזוי אויך, ווען א מענטש איז זוכה צו נעמען די שכל פון הייליגן רבי'ן, ער לערנט די ספרים פון רבי'ן, דאס איז בעסער פון אלע תענוגים וואס איז נאר דא אויף דער וועלט, ווייל דער רבי האט עצות און חיזוק פאר יעדן איינעם און יעדע מצב. ווער עס לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים דער דארף שוין גארנישט, ער לעבט נאך אויף דער וועלט ממש ווי אין גן עדן.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה די זאך פון התבודדות; ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, ער גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און הייבט אן זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן, ער דערציילט אלעס פארן אייבערשטן אזוי ווי ער וואלט דאס דערציילט פאר א גוטער חבר, דער מענטש איז דער גליקליכסטער מענטש, ביי אים ווערט מקוים דאס וואס שטייט (ויקרא כו, יב): "וְהִתְהַלַּכְתִּי בְּתוֹכְכֶם, וְהָיִיתִי לָכֶם לֵאלֹהִים וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי לְעָם", זאגט אויף דעם רש"י: "אֶטַיֵיל עִמָּכֶם בְּגַן עֵדֶן כְּאַחַד מִכֶּם וְלֹא תִּהְיוּ מִזְדַּעְזְעִים מִמֶּנִּי".


עס איז נישט דא קיין זיסערע זאך ווי ווען א מענטש שפירט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים, ער שפירט ווי עס איז מלא כל הארץ כבודו און ער רעדט מיטן השם יתברך פנים אל פנים. וואויל איז אים אויף דער וועלט און וואויל איז אים לעולם הבא.


דער אייבערשטער זאל שוין בקרוב ברענגען משיח צדקינו, דעמאלט וועט מען זען אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, אזוי ווי עס גייט דער ניגון וואס מען זינגט אין ברסלב, וואס ר' נתן פלעגט זינגען: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט מען זען ווען משיח וועט קומען"; ווייל משיח וועט אויסלערנען צו רעדן צום הייליגן באשעפער, יעדער וועט רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה' לְעָבְדוֹ שְׁכֶם אֶחָד", און יעדער וועט אוועק ווארפן די געלט, אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו ב, כ): "בַּיּוֹם הַהוּא יַשְׁלִיךְ הָאָדָם אֵת אֱלִילֵי כַסְפּוֹ, וְאֵת אֱלִילֵי זְהָבוֹ"; דאס אלעס טוט דער רבי מיט אונז שוין יעצט, דער רבי לערנט מיט אונז מיר זאלן נאר גיין צום אייבערשטן.

#304 - איז אויסגעהאלטן צו נעמען א גויטע צו העלפן אינדערהיים?
שלום בית, צניעות, קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט אסאך פון אייך אז מ'דארף נעמען א "קלינינג לעדי" אינדערהיים, מ'זאל נעמען א גוי'אישע העלפערקע ארויסצוהעלפן מיט די ארבעט אינדערהיים, אז די פרוי זאל זיך נישט דארפן איבערשטרענגען.


תורה היא וללמוד אני צריך, איך האב געזען ווי מוהרא"ש זי"ע שרייבט אין ספר "חסדי אבות" זייער שארף אז מ'זאל דאס נישט טון, דאס ברענגט אסאך פראבלעמען פון צניעות, חינוך, יחוד, הרהורים רעים, און נאך.


איך האף אז דער ראש ישיבה וועט מיר דאס קענען אויסקלארן, קען זיין אז דער ראש ישיבה האט אנדערש מקבל געווען פון מוהרא"ש.


א גרויסן יישר כח, דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי-קדושים, ט' אייר, כ"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט ווי אזוי מען קען רעדן צו אינגעלייט מען זאל העלפן די ווייב און נעמען א פרוי וואס רייניגט אין שטוב (קלינינג לעדי) בשעת מוהרא"ש זאגט קלאר אז מען טאר נישט נעמען קיין פרעמדע פרוי אין שטוב צו רייניגן, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין ספר חסדי אבות (על פרקי אבות פרק ב, משנה ח) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן: "מַרְבֶּה שְׁפָחוֹת מַרְבֶּה זִמָּה", איינער וואס פארמערט שפחות פארמערט עבירות; זאגט מוהרא"ש אז מען דארף זייער אכטונג געבן נישט אריין צו ברענגען גוי'טעס וואס רייניגן די שטוב, ווייל מען קען צוקומען צו זייער הארבע עבירות, און אפילו מען קומט נישט צו טון אן עבירה, אבער אין טראכטן פון אן עבירה פאלט מען זיכער אריין, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סד.): "אִם מִידֵי עֲבֵירָה יָצָאנוּ, מִידֵי הִרְהוּר לֹא יָצָאנוּ", און דאס איז זייער הארב אזוי ווי חז"ל זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה"; נאך זאגט מוהרא"ש אז מען קען נכשל ווערן אין איסור יחוד. און מוהרא"ש פירט דארט אויס אז מען זאל אנזאגן פאר די קינדער זיי זאלן אויך אכטונג געבן נישט אריין צו נעמען אין שטוב קיין גוי'טע.


דארפסטו אבער וויסן דעם כלל אז (ירושלמי ראש השנה פרק ג, הלכה ה): "דִּבְרֵי תּוֹרָה עֲנִיִּים בִּמְקוֹמָן, וַעֲשִׁירִים בְּמָקוֹם אַחֵר"; קוק אריין אין די אנדערע פירושים פון מוהרא"ש אויף אבות ווי מוהרא"ש זאגט אז אויב די ווייב דארף א פרוי ארויס צו העלפן אין שטוב, זאל מען אכטונג געבן נישט צו זיין אין שטוב אין די צייט ווען די קלינינג לעדי איז דארט. אזוי אויך טארן די קינדער נישט זיין אין שטוב, ווייל מען קען צוקומען צו שלעכטע זאכן, אזוי ווי מיר ווייסן ווי שטארק דער רבי האט אונז מזהיר געווען מיר זאלן האבן א ריינע מח, אזוי ווי ער האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיד): "סֶע הָאט אַ פָּנִים אַז מֶע מוּז זִיך פוּן אַ הִרְהוּר זֵייעֶר הִיטְן".


אזוי פירן זיך ערליכע אידן, מען נעמט נישט אריין אין שטוב קיין פרעמדע פרוי ווען דער מאן אדער די אינגלעך געפונען זיך אין שטוב; מען געבט זייער אכטונג אז די שטוב זאל זיין הייליג און ריין. דאס וואס מוהרא"ש איז אזוי קעגן אריין נעמען אין שטוב פרעמדע פרויען וואס העלפן רייניגן, ווייל אז דער מאן אדער די קינדער זענען אין שטוב, איז שוין בעסער אז די שטוב זאל נישט זיין אויפגערוימט ווי איידער מען זאל צוקומען צו איין שלעכטע מחשבה רחמנא לצלן.


איין יאר פאר פסח האט מען איבער געפארבט דעם רבינ'ס שטוב אין ברסלב; מען האט ארויסגעטראגן אלע מעבל וכו' אינדרויסן אז עס זאל נישט ווערן שמוציג, און אויף די כלים וואס זענען איבערגעבליבן אין שטוב האט מען אויסגעשפרייט ליילעכער עס זאל נישט ווערן שמוציג. ביים רבי'ן אין שטוב איז געווען א זייגער, און דעם רבינ'ס טאכטער אדל האט דאס באדעקט מיט איר טיכל אז עס זאל נישט שמוציג ווערן, ווען דער רבי איז אריינגעקומען אין שטוב און דאס באמערקט, האט ער איר געזאגט: "נישט מיט אזא זאך דעקט מען איבער, עס זענען פארהאנען היינט אזעלכע פארמישטע מוחות, וואס ווען זיי זעהן נאר א פרויען טיכל באקומען זיי שוין שלעכטע מחשבות! נעם עס אראפ און דעק עס איבער מיט א צווייטע זאך". זעט מען פון דעם ווי שטארק דער רבי האט אכטונג געגעבן אז מען זאל האבן ריינע מחשבות.


וואויל איז פאר דעם וואס געבט אכטונג נישט אריין צו ברענגען אין שטוב קיין גוי'טעס ווען דער מאן אדער אינגלעך זענען דארט, וועט מען נישט צוקומען צו קיין שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אויפציען אונזערע קינדער ריין און הייליג.

#303 - איך וויל נאר א ברסלבער חתן, וואס זאל איך טון?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל אין די יארן, מיין עלטערן זוכן פאר מיר א שידוך, איך הער אבער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך וואלט זייער געוואלט האבן א חתן וואס הערט אויך די געוואלדיגע לימודים.


ווען מיין מאמע האט אבער געהערט אז איך וויל א ברסלב'ע שידוך האט זי נישט געוואלט הערן דערפון, זי ווייסט דאך נישט וואס ברסלב איז. מיין שאלה איז אויב זאל איך זיך עקשנ'ען און ווארטן דוקא נאר אויף א ברסלב'ע שידוך, אדער נישט.


דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו פאר א כלה אז זייער אסאך בחורים הערן די שיעורים אויך אין אנדערע ישיבות, איך זע אבער ביי מיינע ברידער אז נישט אלע הערן די שיעורים, און איך זע אויך ביי זיי ווי אזוי עס זעט אויס א לעבן אן די לימודים, און איך וויל זייער נישט אז מיין לעבן זאל אזוי אויסזען.


איך וויין אסאך צום אייבערשטן וועגן דעם, איך ווייס אבער נישט וואס איך דארף צו טון, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן א קלארע ענטפער וואס איך האב צו טון.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי זייער גוט אייערע עלטערן פארוואס זיי ווילן נישט קיין ברסלב'ער בחור פאר אן איידעם, ווייל עלטערן ווילן נאר דאס גוטס פון די קינדער, עלטערן ווילן דאס בעסטע פאר די קינדער, און היות זיי האבן געהערט אסאך לשון הרע אויף ברסלב, ווילן זיי נישט קיין ברסלב'ער בחור, אבער ווען זיי וואלטן געוואוסט וואס ברסלב איז, וואלטן זיי "נאר" גענומען א ברסלב'ער בחור פאר אן איידעם. ווייל ביים רבי'ן איז 'שלום בית' א יסוד היסודות, און דער רבי האט זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם". דער רבי האט געזאגט: מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים און צער לידה וכו'.


זאל איינער ברענגען נאך א צדיק פון צוויי הונדערט יאר צוריק וואס האט אזוי פארלאנגט פון זיינע תלמידים מען זאל אכטונג געבן אויף די כבוד פון די ווייב; 'שלום בית' איז ביים רבי'ן א יסוד, און ווער עס ווייסט מבחין צו זיין, זעט ווי שיין ברסלב'ער אידן לעבן; מען איז מכבד די ווייב, מען לעבט מיט תכלית און מען ציט אויף אן ערליכער שטוב פארן אייבערשטן.


דעריבער זאלט איר זיין זייער שטארק ביי זיך און קלאר שטעלן פאר אייערע עלטערן אז איר ווילט אויפשטעלן א ברסלב'ער שטוב; זאגט זיי: "טייערע טאטע און מאמע, איך בין א ברסלב'ער, מיין לעבן איז דער הייליגער רבי, איך לעב פון דעם רבינ'ס חיזוק און פונעם רבינ'ס עצות; בעט איך ענק טייערע טאטע מאמע, הערט אליינס אויס וואס מען רעדט אין ברסלב, וואס מען פארקויפט אין ברסלב; קוקט אייך צו ווי אזוי ברסלב'ער אידן לעבן, וועט איר זיך איבערצייגן אז מיר האבן איין ציל אין לעבן, איך וויל וואס איר ווילט און איר ווילט וואס איך וויל"; אזעלכע ווערטער זאלט איר רעדן צו אייערע עלטערן, דאן וועט זיך אלעס טוישן. געדענקט וואס שלמה המלך זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַךְ, יָשִׁיב חֵמָה", דער וואס רעדט שיינע רייד נעמט אוועק כעס; אז מען רעדט שיינע ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל, פועל'ט מען ביים סוף.


אודאי זאלט איר נישט פארגעסן פאר איין סקונדע אז א שידוך קומט "נאר" פונעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): לבן און בתואל האבן געזאגט פאר אליעזר עבד אברהם: "מיר קענען נישט צוריק האלטן רבקה פון חתונה האבן מיט יצחק, ווייל 'מֵה' יָצָא הַדָּבָר'"; אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ, כִּי מֵה' הִיא", די עלטערן פון שמשון הגיבור האבן נישט געוואוסט אז זיין שידוך וואס ער האט געטראפן קומט פונעם אייבערשטן; און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון די עלטערן, אבער א שידוך קען מען נישט באקומען בירושה פון עלטערן, דאס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליינס.


מאכט תפילה, דאווענט צום אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו א בחור א ירא שמים וואס זאל זיין אן ערליכער מאן, בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר! איך וויל אויפשטעלן א ערליכע שטוב, א ווארעמע שטוב, א שטוב אזוי ווי דער רבי לערנט אונז, א שטוב וואו מען וועט לעבן מיט אמונה, מיט שמחה, מיט קדושה, א שטוב וואו איך און מיין מאן וועלן זיך מכבד זיין. העלף מיר אייבערשטער אז מיינע עלטערן זאלן נישט אויסהערן לשון הרע אויפן הייליגן רבי'ן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט טרעפן בקרוב אייער שידוך, און אודאי זאלט איר זוכה זיין צו טרעפן א בחור וואס לעבט מיטן באשעפער און האט מורא פונעם אייבערשטן, אמן.

#302 - פארוואס זאל מען נישט לערנען מער ענגליש און לימודי חול מיט די קינדער?
חינוך הילדים, לימוד התורה, לימודי חול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח אויף אייערע שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך וואוין אין ארץ ישראל, און איך האב א זאך וואס שטערט מיר שטארק, איך שיק מיינע קינדער אין תלמוד תורה ב"ה, מען לערנט א גאנצן טאג תורה, און נאר איין שעה לערנט מען לימודי חול. מיר שטערט זייער שטארק פארוואס מ'לערנט נישט מער מיט די קינדער, צום ביישפיל היסטאריע, געאגראפיע, און דאס גלייכן. אפילו נ"ך, וואס דאס איז דאך אידישע היסטאריע, לערנט מען אויך נישט. שוין אפגערעדט וואס מען לערנט בכלל נישט קיין ענגליש.


איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט צו זאגן וועגן דעם.


יישר כח פון פאראויס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר טהרה, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט זוכה צו שיקן דיינע קינדער אין א ערליכן תלמוד תורה וואו מען לערנט מיט די קינדער די הייליגע תורה.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואסערע זכות דער מענטש האט ווען ער איז זוכה צו שיקן זיינע קינדער אין חדר לערנען די הייליגע תורה; ווען דער מענטש גייט אוועק פון דער וועלט און זיין נשמה קומט ארויף אויבן אין הימל, הייבט מען אן דן זיין די נשמה, מען נעמט אפיר אלע מעשים וואס דער מענטש האט געטון, און ווען מען וויל אים שוין שטראפן אויף זיינע שלעכטע מעשים, זאגט דער זוהר הקדוש (מדרש הנעלם פרשת וירא, קד:): אויפן פסוק (בראשית יח, לא): "אוּלַי יִמָּצְּאוּן שָׁם עֶשְׂרִים", אז דער סניגור זיכט זכותים אויף די נשמה, אז די נשמה זאל זוכה זיין צו גיין אין גן עדן; פרעגט ער: "אוּלַי יִמָּצְּאוּן שָׁם עֶשְׂרִים, שֶׁמָּא יְגַדְּלוּ בָּנִים לְתַלְמוּד תּוֹרָה, וְיֶשׁ לָהֶם שָׂכָר לַעֲשֶׂרֶת הַדִּבְּרוֹת שְׁתֵּי פְּעָמִים בְּכָל יוֹם?" אפשר האט דער מענטש געשיקט זיינע קינדער אין חדר לערנען די הייליגע תורה, האט ער שכר כאילו ער האט מקיים געווען יעדן איינציגן טאג די עשרת הדברות צוויי מאל, "דְּאָמַר רַבִּי יִצְּחָק, כָּל הַמְגַדֵּל בְּנוֹ לְתַלְמוּד תּוֹרָה וּמוֹלִיכוֹ לְבֵית רַבּוֹ בַּבֹּקֶר וּבָעֶרֶב, מַעֲלֶה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִלּוּ קִיֵּים הַתּוֹרָה ב' פְּעָמִים בְּכָל יוֹם", ווייל ווען א מענטש איז זוכה, ער שיקט זיינע קינדער אין חדר לערנען תורה, רעכנט מען אים כאילו ער האט מקיים געווען די גאנצע תורה און אין דעם זכות ווערט זיין נשמה באפרייט פון די עונשים פון גיהנום.


איך ווייס נישט וואס שטערט דיר אז דיינע קינדער לערנען נישט קיין ענגליש; צי וואס דארפן זיי דאס לערנען, וואס וועט דאס זיי העלפן אין לעבן? דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ג): "אֵין צָרִיךְ לָאָדָם לִדְאֹג עַל פַּרְנָסַת בָּנָיו, כִּי כְּשֶׁהֵם גְּדֵלִים, גְּדֵלָה פַּרְנָסָתָם עִמָּהֶם", מען דארף נישט זיין באזארגט פאר די קינדער פון וואו זיי וועלן האבן פרנסה, ווייל ווען זיי וועלן אויפוואקסן וועט זייער פרנסה מיט וואקסן מיט זיי; וויפיל אידן דרייען זיך ארום מיט א גוטע ענגליש און מיט אלע חכמות און זיי האבן נישט קיין פרנסה? פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, פרנסה קומט אז מען לערנט תורה.


אז מען קוקט מיט אן אמת'ן אויג זעט מען אז עס זענען דא הונדערטער עשירים וואס קענען נישט קיין ענגליש, עס זענען דא חסידי'שע אידן וואס האבן שיין פרנסה וכו'; זיי זענען געזיצן אין ישיבה און געלערנט אלע זייערע יארן נאר תורה און מיט דעם אלעם פירן זיי גרויסע געשעפטן וכו', און פארקערט זענען דא וואס האבן שטודירט צענדליגער יארן אלע ערליי חכמות, זיי האבן געלערנט כמה שפראכן וכו' און זיי האבן נישט קיין פרנסה. דעריבער, דארף אייך נישט שטערן אז אייערע קינדער לערנען נישט קיין ענגליש נאר זיי לערנען פלייסיג די הייליגע תורה.


מיר ווייסן גארנישט; מיר ווייסן נאר וואס די פריערדיגע צדיקים האבן געזאגט, ווי זיי האבן אוועק געשטעלט די חינוך פאר אונזערע דורות. מיר גייען נאך די פוס טריט פון די פריערדיגע צדיקים וואס האבן אראפ געשטעלט יסודות ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער, און מען קען דאס נישט משנה זיין.


שלמה המלך זאגט (שיר השירים א, ז): "הַגִּידָה לִּי שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי אֵיכָה תִרְעֶה אֵיכָה תַּרְבִּיץ בַּצָּהֳרָיִם", די אידן פרעגן ביים אייבערשטן: "ווי קענען מיר זיין אין גלות, ווי אזוי ווייסן מיר וואו דיר צו געפונען? "שַׁלָּמָה אֶהְיֶה כְּעֹטְיָה, עַל עֶדְרֵי חֲבֵרֶיךָ", פארוואס זאלן מיר זיין פארשעמט ווי אבלים וואס האבן נישט קיין פאסטוך? ענטפערט דער אייבערשטער פאר די אידן (שם, ז): "אִם לֹא תֵדְעִי לָךְ הַיָּפָה בַּנָּשִׁים", אויב דו ווילסט מיר טרעפן, אויב דו ווילסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין דעם ביטערן גלות: "צְאִי לָךְ בְּעִקְבֵי הַצֹּאן", גיי נאך די פוס טריט פון די פריערדיגע צדיקים וואס זיי האבן אראפגעשטעלט א וועג ווי אזוי מיר זאלן מחנך זיין אונזערע קינדער.


צי מען זאל לערנען נ"ך מיט די קינדער, אויף דעם איז דא חילוקי דעות; עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געזאגט מען זאל נישט לערנען נ"ך מיט קינדער, ווייל פארצייטנס האבן די אפיקורסים גענומען נ"ך און דארט האבן זיי אריין געלייגט זייערע פאלטשקייטן אנטקעגן די תורה.


מיר געפינען אין די גמרא (ברכות כח:): "כְּשֶׁחָלָה רַבִּי אֱלִיעֶזֶר נִכְנְסוּ תַּלְמִידָיו לְבַקְּרוֹ", ווען דער הייליגער תנא ר' אליעזר איז געווארן נישט געזונט, זענען די תלמידים אריין געגאנגען צו אים און געבעטן: "לַמְדֵנוּ אוֹרְחוֹת חַיִּים וְנִזְכֶּה בָהֶן לְחַיֵי הָעוֹלָם הַבָּא", רבי, לערן מיט אונז א וועג ווי אזוי מיר וועלן זוכה זיין דורך דעם צו עולם הבא, האט דער הייליגע תנא ר' אליעזר זיי געזאגט: "הִזָּהֲרוּ בִּכְבוֹד חַבְרֵיכֶם", געבט אכטונג אויף דעם כבוד פון א צווייטן, "וּמִנְעוּ בְּנֵיכֶם מִן הַהִגָּיוֹן", זאגט רש"י אויף דעם: "לֹא תַּרְגִּילוּם בַּמִּקְרָא יוֹתֵר מִדַּאי", איר זאלט נישט לערנען מיט די קינדער אסאך מקרא; נאך האט ר' אליעזר געזאגט: "וְהוֹשִׁיבוּם בֵּין בִּרְכֵּי תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", נעמט אייערע קינדער זיי זאלן זיצן ביי די הייליגע חכמים.


דעריבער זענען געווען צדיקים וואס האבן אויסגעשטעלט דעם סדר פון חדר נישט צו לערנען נ"ך; ווידעראום זענען געווען צדיקים וואס האבן איינגעפירט אז מען זאל יא לערנען נ"ך, ווי למשל דער הייליגער סאטמארער רב זכותו יגן עלינו האט יא געהייסן לערנען נ"ך אין די חדרים, און אזוי פירן זיך אסאך תלמוד תורה'ס, און אזוי פירט מען זיך ביי אונז אין די ברסלב'ער תלמוד תורה.


דער עיקר דארף מען געדענקען אז אויב מען וויל זוכה זיין צו גוטע קינדער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג מען זאל האבן קינדער צדיקים יראי אלקים.


אודאי ווייסטו די מעשה אז מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר זי"ע געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן פאר גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#301 - ס'קומט זומער, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט שמירת עינים?
קדושה, שמירת עינים, זומער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט די זומער טעג, און איך הויב שוין אן שפירן ווי איך ווער משוגע, די ווינטער האט זיך ברוך ה' פארצויגן און ס'איז געווען אביסל גרינגער מיט שמירת עינים, ווען עס קומט אבער יעצט די הייסע זומער טעג הויבט זיך אן מיינע פראבלעמען. איך האב ב"ה א וואוילע פיינע ווייב, עס העלפט מיר אבער נישט צופיל. ווי אזוי קען איך זיך אן עצה געבן? ווי אזוי קען איך זוכה זיין צו האבן הייליגע ערליכע אויגן? אלע עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א העלפן מיר, אבער נישט עכט ווען עס קומט די זומער טעג.


יישר כח פאר אלעס.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, מיר זענען אלע אינעם זעלבן צרה; עס קומט זוממער און די גאסן ווערן שרעקליך. מען קען ממש נישט גיין אין גאס, די גוים גייען אנגעטון ווי די חיות, בעסער געזאגט אויסגעטון ווי די חיות און עס איז זייער שווער צו היטן די אויגן. דער יצר הרע מאכט משוגע דעם מענטש מען זאל קוקן וואו עס גליסט זיך, ביז ער קילט נאכדעם אפ דעם מענטש פון זיין אידישקייט.


אבער וויסן זאלסטו, ווי גרויס און שווער דער יצר הרע איז, אלץ גרעסער זענען די הייליגע צדיקים וואס געבן אונז עצות לוחם צו זיין מיטן יצר הרע. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו): ווען עס ברענט אינעם מענטש תאות ניאוף רחמנא לצלן, זאל מען זאגן דעם פסוק: "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד", און: "בָּרוּך שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד"; ווייל מען קען נישט ניצול ווערן פון די תאוה נאר דורך אמונה, אז מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, נאר אזוי קען מען זיך ראטעווען פון די שרעקליכע תאוה. דער רבי זאגט (שם): אויב מען איז זייער פארזינקען אין די תאוה זאל מען וויינען בשעת מען זאגט די צוויי פסוקים און דאס וועט ראטעווען דעם מענטש פון זיין בלאטע; ווייל ווי נאר מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא, דאס ראטעוועט דעם מענטש פון עבירות.


נאך אן עצה געבט אונז דער הייליגער רבי, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ראיה, חלק ב', סימן ט): "כְּשֶׁאָדָם יוֹצֵא לַשּׁוּק וּמִתְיָרֵא שֶׁלּא יָבוֹא לִידֵי הִרְהוּר עַל יְדֵי הָרְאִיָּה שֶׁיִּרְאֶה נָשִׁים יָפוֹת, יאמַר הַפָּסוּק "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חוּצָה" וְכוּ', וְעַל יְדֵי זֶה יִנָּצֵל מֵרְאוֹת", אויב מען האט מורא אז מען וועט נכשל ווערן ווען מען גייט אין גאס מיט ראיות אסורות זאל מען זאגן פאר מען גייט ארויס פון שטוב דעם פסוק (ישעיהו לג, ז): "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה, מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן", דורך דעם וועט ער געראטעוועט ווערן; אזוי פירן זיך ברסלב'ער חסידים, ווען זיי גייען ארויס פון שטוב, בשעת מען קישט די מזוזה און מען האלט די האנט אויפן מזוזה זאגט מען דעם פסוק: "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה, מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן", און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל צוריק קומען געזונטערהייט.


פאר דו גייסט ארויס פון שטוב זאלסטו אזוי טון, לייג ארויף דיין האנט אויפן מזוזה און זאג דעם פסוק: "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה, מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן", און בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל זיך היטן מיינע אויגן, העלף מיר איך זאל נישט ווערן פארברענט פונעם יצר הרע וואס וויל מיר אויסרייסן פון דער וועלט און פון יענער וועלט, ברענג מיר צוריק אהיים בשלום"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן. און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, דאס וועט דיר ראטעווען פון שלעכטס.


מען האט אמאל געהערט ווי א ברסלב'ער איד גייט אין גאס זוממער און מורמעלט זיך אונטער: "איך וויל קינדער וואס וועלן ארויס געבן ספרים", "איך וויל קינדער וואס וועלן זיין ערליכע אידן", האט מען אים געפרעגט: "מַה מָקוֹם לִתְפִלָּה זוּ?" וואס איז פשט פון בעטן דא אויפן גאס פאר קינדער וואס וועלן מחדש זיין חידושי תורה, האט ער געענטפערט: "איך רעד צו מיר אליין; איך האב יעדע סעקונדע א גרויסע תאוה אויפצוהייבן מיינע אויגן און קוקן אויפן גאס וכו', עס איז מיר זייער שווער צו היטן מיינע אויגן, אבער איך דערמאן זיך וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן יט): "מִי שֶׁאֵין מִסְתַּכֵּל עַל נָשִׁים, זוֹכֶה שֶׁזַּרְעוֹ יְחַבְּרוּ פֵּרוּשִׁים עַל הַתּוֹרָה", ווער עס קוקט נישט אויף פרעמדע פרויען וועט זוכה זיין אז זיינע קינדער וועלן ארויס געבן ספרים פון חידושי תורה; דערפאר רעד איך צו מיר אליינס, איך חזר צו מיר אז עס לוינט זיך ענדערש אראפ צו קוקן, ווייל אזוי וועל איך האבן קינדער וואס וועלן זיין ערליכע אידן תלמידי חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#300 - איך בין נישט קיין 'שוואכער', פארוואס זאל איך 'זאגן' תורה?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף אייער תשובה אויף דעם וואס איך האב אנגעפרעגט אז איך האב נישט קיין געדולד צו לערנען, ס'ציעט מיר מער צו ליינען ביכער און צייטונגען. איך מיין אז איר האט מיר אבער נישט גוט פארשטאנען.


איך בין נישט א שוואכער אינגערמאן וואס ווייסט נישט ווי אזוי מ'לערנט א בלאט גמרא, איך האב געלערנט זיבן יאר אין כולל, און איך האב אפילו מסיים געווען ש"ס, און איך האב פארשטאנען וואס איך לערן. היינט לערן איך אויך גמרא רש"י תוספות, מיין פראבלעם איז נאר אז איך פארליר שנעל די חשק צו די גמרא, און נאכ'ן לערנען אביסל ציעט מיר ענדערש צו גיין ליינען נארישקייטן.


איך שפיר אז דער סדר דרך הלימוד פון זאגן תורה איז נישט פאר מיין דרגא, דאס איז געמאכט פאר שוואכערע בחורים און אינגעלייט. איך בין נישט מזלזל אין דעם חלילה, אבער איך פיל אז אויב וועל איך לערנען אויף דעם אופן, וועט דאס מיר אינגאנצן אראפקלאפן.


איך וועל ענדיגן מיט וואס די גמרא זאגט (שבת ל"א.) 'שאלות הרבה יש לי לשאול ומתיירא אני שמא תכעוס'...


יישר כח.


מנחם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מנחם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו שרייבסט אז דער "סדר דרך הלימוד" איז נאר פאר שוואכערע וכו', דאס איז א טעות פון דיין זייט.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין קוקן אין שיחות הר"ן סימן ע"ו, דארט וועסטו זען וואס דער רבי שרייבט בפירוש: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל די מעלה פון לערנען אסאך שטייגט אלעס איבער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.) אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד – לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, ווייל אזוי איז מען זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


דער הייליגער ר' נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדעס ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ ּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך און ער וועט אנקומען צו לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיין שיחות הר"ן (סימן כח) עיי"ש.


וויסן זאלסטו אז די אלע וואס האבן אנגענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות און האבן אנגעפאנגען צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד, האבן זייער שיין מצליח געווען.


איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט אז דו האסט א גוטע קאפ און דער 'דרך הלימוד' איז נאר פאר שוואכע קעפ; דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט זייער א גוטע קאפ, ער האט געקענט אויסענווייניג גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות, דאך האט אים דער רבי געהייסן "זאגן" יעדן טאג ח"י פרקים משניות (עיין שיחות הר"ן, סימן קפה). ווען ר' נתן איז אהיים געקומען און זיין טאטע רבי נפתלי הירץ זכרונו לברכה האט אים געזען "זאגן" משניות האט ער זיך זייער אויפגערעגט אויף אים, ער האט געשריגן: "מיין נתנ'לע הייסט ער "זאגן" ח"י פרקים משניות?!" און ער האט אנגעהויבן א מחלוקת.


למעשה זעט מען אז דער רבי האט נישט געמאכט קיין חילוק צווישן א גוטע קאפ און א שוואכע קאפ – אזוי ווי דו ווילסט מחלק זיין; דער רבי האט געוואלט אז מיר אלע זאלן לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד".


אמאל איז געווען א תירוץ נישט צו לערנען ווייל מען פארשטייט נישט קיין לערנען, אמאל האט מען געקענט הערן אינגעלייט קרעכצן אז זיי קענען נישט לערנען ווייל מען האט זיי נישט אנגעקוקט אין חדר און אין ישיבה, אבער היינט ווען מיר האבן דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן איז שוין נישט דא דער תירוץ, נאר יעדער איינער קען זוכה זיין צו לערנען.


וואס טוט דער יצר הרע? ער איז דא מיט א נייע מניעה צו לערנען; ער האט א נייע תירוץ פאר די פוילע מענטשן וואס זוכן תירוצים, ער מאכט דעם מענטש טראכטן: 'איך פארשטיי לערנען'; 'איך האב א גוטע קאפ'; 'איך בין א געזונטער למדן'; אמאל האט מען געזאגט: "איך קען נישט לערנען ווייל איך פארשטיי נישט קיין לערנען", אבער היינט שרייבסטו מיר: "איך לערן נישט, איך ליין צייטונגען, איך גיי ליידיג ווייל 'איך "קען" לערנען'".


פארוואס טראכסטו אז דער "סדר דרך הלימוד" וועט דיר אראפ קלאפן וכו'? פרוביר דאס אויס, וועסטו זען אז דאס וועט דיר נאר אויפהייבן.


ווען ר' נתן איז צוריק געקומען פון לעמבערג האט ער געזאגט: "זיי זענען למדנים אבער מיר לערנען"... ער האט דארט געזען גרויסע לומדים, אבער אז מען לערנט נישט אויפן "סדר דרך הלימוד" לערנט מען נישט, יעדן טאג האט מען אן אנדערע תירוץ וכו', האט ער געזאגט: "זיי זענען טאקע לומדים, אבער מיר לערנען די הייליגע תורה".


דו שרייבסט (שבת לא.): "שְׁאֵלוֹת הַרְבֵּה יֶשׁ לִי לִשְׁאוֹל, וּמִתְיָרֵא אֲנִי שֶׁמָּא תִּכְעוֹס"; אדרבה, איך בין גרייט צו הערן דיינע שאלות, און געדענק וואס הלל הזקן האט אים געענטפערט: "הֱוֵי זָהִיר בְּרוּחֲךָ"...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#299 - ווי אזוי פירט מען זיך אין די ספירה טעג?
מחלוקת, בין אדם לחבירו, ספירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


כ'האב אמאל געהערט א שיעור פון א רב איבער הלכות בין המצרים, און ער האט געזאגט אז דער איסור פון הערן ניגונים אין בין המצרים איז נאר פרייליכע ניגונים, וואס דאס ווערט אנגערופן מחולות, אבער ווארימע ניגונים מעג מען יא. ערגעץ האב איך אבער געליינט אז מען טאר נישט, וויל איך וויסן וואס די הלכה איז ביי דעם.


יישר כח.


אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-ב, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין די ספירה טעג זענען מיר מתאבל אויף די פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים פון דעם הייליגן תנא רבי עקיבא וואס זיי זענען אויסגעשטארבן אין די טעג פון ספירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם דערציילן (יבמות סב:): "שְׁנַיִם עָשָׂר אֶלֶף זוּגִים תַּלְמִידִים הָיוּ לוֹ לְרַבִּי עֲקִיבָא", פיר און צוואנציג טויזנט תלמידים האט ר' עקיבא געהאט, "וְכֻלָּן מֵתוּ בְּפֶרֶק אֶחָד מִפְּנֵי שֶׁלֹא נָהֲגוּ כָּבוֹד זֶה לָזֶה, וְהָיָה הָעוֹלָם שָׁמֵם", און אלע פון זיי זענען געשטארבן אין איין צייט ווייל זיי האבן זיך נישט מכבד געווען איינער דעם צווייטן, און די וועלט איז געווען דעמאלט וויסט פון תורה; דאס איז געווען אין די טעג פון ספירה. דעריבער האלטן מען אין די טעג אבילות, מען הערט נישט קיין מוזיק, מען מאכט נישט קיין חתונות און מען באנייט נישט קיין נייע קליידער וכו'.


אין די טעג דארפן מיר זיך שטארקן און אריינטראכטן ווי אזוי מיר פירן זיך אויף בין אדם לחבירו; מען זאל זען מער אכטונג געבן אויף א צווייטן און נישט טשעפען א צווייטן, אזוי וועלן מיר פארעכטן וואס זיי האבן פוגם געווען. ווייל די תלמידים פון ר' עקיבא האבן זיך נישט געקענט סובל זיין איינער דעם צווייטן, זיי האבן געקוקט מיט א שלעכט אויג איינער אויפן צווייטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סא, ג): "שְׁנֵים עָשָׂר אֶלֶף תַּלְמִידִים הָיוּ לְרַבִּי עֲקִיבָא מֵעַכּוֹ וְעַד אַנְטִיפְרָס, וְכֻלָּם בְּפֶרֶק אֶחָד מֵתוּ, לָמָּה? שֶׁהָיְתָה עֵינֵיהֶם צָרָה אֵלּוּ בְּאֵלּוּ"; דאס דארפן מיר פארעכטן אין די איצטיגע טעג.


דער הייליגער אריז"ל זאגט (לקוטי תורה, בלק): די פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים פון רבי עקיבא וואס זענען געשטארבן אין די טעג פון ספירה, דאס זענען גלגולים פון די פיר און צוואנציג טויזענט מענטשן וואס זענען געשטארבן ביי די מגיפה פון די עבירה פון זמרי בן סלוא; ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין ניאוף ווערט אים דער מח פארדרייט, ער הייבט זיך אן קריגן מיט א צווייטן, ער הייבט אן קוקן שלעכט אויף א צווייטן און ער איז מקנא א צווייטן. נאכדעם הייבט ער אים אן פיינט צו האבן ביז מען קומט צו רציחה ממש רחמנא לצלן; מען זעט אז די ראשי תיבות פון ש'נאה, ק'נאה און ר'ציחה איז ש'ק'ר', דאס איז די סיבה פארוואס א מענטש קריקט זיך מיט א צווייטן, אלעס ווייל ער ליגט אין ניאוף.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא ט.): דער ערשטער בית המקדש איז חרוב געווארן ווייל זיי האבן עובר געווען אויף די דריי הארבע עבירות, דער צווייטער בית המקדש איז חרוב געווארן נאר וועגן שנאת חנם, פירט די גמרא אויס: "וַעֲדַיִן מְרַקֵּד בֵּינָן".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין ליב צו האבן איינער דעם צווייטן און אנטלויפן פון מחלוקת, אזוי וועלן מיר קענען ברענגען משיח צדקינו.

#298 - זוכה געווען צו ענדיגן צום ערשטן מאל חמשה חומשי תורה
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען פאר אייך, אז אין אייער זכות האב איך זוכה געווען, יעצט ביי די 58 יאר, צו ענדיגן די ערשטע מאל חמשה חומשי תורה שנים מקרא ואחד תרגום. מיט א יאר צוריק פרשת שמיני האב איך געהערט פון אייך א שיעור אז מ'קען אנהויבן מעביר סדרה זיין פון זונטאג, מ'קען איינטיילן די פרשה אויף די טעג פון די וואך, און דאן האב איך אנגעהויבן מעביר סדרה זיין יעדן טאג, און יעצט בין איך זייער פרייליך אז כ'האב זוכה געווען צו ענדיגן א גאנצע יאר. הלואי זאל מען דאס אויסלערנען אין אלע ישיבות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט יעדן טאג די הייליגע תורה; א מענטש וואס לערנט תורה - דער לעבט א לעבן, אזוי ווי עס שטייט (משלי ח, לה): "כִּי מֹצְאִי מָצָא חַיִּים", ווער עס לערנט דער לעבט א לעבן; נאר דאס בלייבט פונעם מענטש.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט פון רבינ'ס סדר דרך הלימוד וואלטן אלע געלערנט, יעדער איד וואלט גענומען א משניות און געזאגט א פרק נאך א פרק און יעדער איד וואלט אנגעהויבן ש"ס כסדרן אפילו אן פארשטיין. דער סיבה פארוואס זייער אסאך בחורים און אברכים לערנען נישט, איז ווייל זיי האבן נישט קיין מח צו לערנען, זיי זענען נעבעך אראפ געפאלן אין עבירות און זייער מח איז זיי שוין אויסגעברענט; ווען זיי וואלטן ווען געוואוסט פונעם סדר דרך הלימוד, אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.): "לְעוֹלָם לִיגְּרִיס אִינִישׁ, וְאַף עַל גַּב דִמְּשַׁכַּח, וְאַף עַל גַּב דְּלֹא יָדַע מַאי קָאָמַר", א מענטש זאל לערנען אפילו ער פארגעסט וואס ער לערנט און אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט; ווען מענטשן וואלטן געוואוסט פון דעם וואלט יעדער איינער געלערנט תורה.


אפילו א מענטש זאל האבן אלע געלט און אלע תענוגים פון די גאנצע וועלט, וועט ער נישט זיין פרייליך און זאט אזוי ווי דער וואס לערנט תורה, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי ג, טו): "יְקָרָה הִיא מִפְּנִינִים, וְכָל חֲפָצֶיךָ לֹא יִשְׁווּ בָהּ", די תורה איז טייערער פון אלע טייערע דיימאנטן, און אלע תענוגים וואס איז דא אויף דער וועלט קען מען נישט צוגלייכן צו די תורה; עס איז נישט דא קיין בעסערע זאך ווי לערנען תורה. תורה מאכט זאט דעם מענטש; מען ווערט פרייליך און מען הייבט אן לעבן א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#297 - איך פארשטיי נאכאלץ נישט פארוואס איר וואונטש אן א מענטש מיט גשמיות
התחזקות, חסידות ברסלב, צדיקים, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד מזכה הרבים, הרה"ח רבי יואל ראטה שליט"א,


איך האב ערהאלטן אייער לענגערע תשובה אויף דעם וואס איך האב געפרעגט פארוואס איר וואונטש אן איינעם אז יענער זאל האבן א שיינע הויז און א שיינע קאר, א זאך וואס מ'האט נישט געהערט פון אמת'ע ברסלבע חסידים. איר האט מיר געענטפערט באריכות אז איר האט געקענט אן אמת'ן ברסלבער חסיד, וואס דאס איז געווען מוהרא"ש, און אזוי ווייטער האט איר מאריך געווען אין דעם ענין וואס ס'מיינט אן אמת'ער ברסלבער חסיד.


דאס איז אבער נישט געווען קיין ענטפער אויף מיין שאלה, איך האב פארשטאנען אז איר מיינט צו זאגן אז מוהרא"ש פלעגט יא אזוי אנווינטשן, ואם קבלה היא נקבל, איך וויל אבער נאכאלץ פארשטיין פארוואס מ'זאל אזוי אנווינטשן, דאס איז דען דער ציל פון א איד? אן אמת'ער ערליכער איד דארף נישט ארויסקוקן און האפן אז ער וועט האבן גשמיות און חמריות, ער דארף ווארטן און האפן צו עבודת ה', פארוואס זאלט איר רעדן צו מענטשן מיט אזא שפראך וואס קען אויסזען אזוי ווי די וועלט איז דער עיקר, און נישט יענע וועלט?


א גרויסן יישר כח.


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-א, י"ב ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, ווען מען וויל מקרב זיין מענטשן צום הייליגן באשעפער דארף מען זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט און וואס מען רעדט. אודאי איז דער וועלט נישט קיין עיקר נאר דער עיקר איז זיך אנצוגרייטן אויף יענע וועלט, דער וועלט איז נאר א פרוזדור אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, טז): "הָעוֹלָם הַזֶּה דּוֹמֶה לַפְּרוֹזְדוֹר בִּפְנֵי הָעוֹלָם הַבָּא", די וועלט איז ווי א דורכגאנג פאר יענע וועלט, "הַתְקֵן עַצְמְךָ בַפְּרוֹזְדוֹר, כְּדֵי שֶׁתִּכָּנֵס לַטְּרַקְלִין", מען דארף זיך אנגרייטן אויף די וועלט מיט מצוות און מעשים טובים כדי מען זאל זוכה זיין צו עולם הבא; אבער ווי לאנג א מענטש איז נאך ווייט פון דעם, דארף מען ארום דרייען מיט אים וכו' ביז מען איז זוכה אריין צו שיינען אין אים דעם אמת'ן תכלית.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פא): "וּכְשֶׁהַצַּדִּיק מְדַבֵּר בְּתוֹרָה אוֹ בִּתְפִילָּה, נִקְרָא אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, וְהַדִּבּוּרִים שֶׁהוּא מְדַבֵּר עִם הֲמוֹן עַם בְּשִׂיחַת חֻלִּין הוּא נִקְרָא פְּסֹלֶת אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, וְלָמָּה מְדַבֵּר שִׂיחַת חֻלִּין? כְּדֵי לְקַשֵּׁר אֶת הֲמוֹן עַם אֶל הַדַּעַת", דער צדיק לאזט זיך אראפ צו פשוט'ע מענטשן, ער שמועסט מיט זיי שיחות חולין כדי ער זאל זיי קענען דורכדעם צוברענגען צום אייבערשטן; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ט.): ווען תלמי המלך האט געבעטן די חכמים זיי זאלן אים אראפ שרייבן די תורה: "נָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בְּלֵב כָּל אֶחָד וְאֶחָד עֵצָה, וְהִסְכִּימוּ כֻּלָּן לְדַעַת אֶחָת, וְכָתְבוּ לוֹ 'אֱלֹהִים בָּרָא בְּרֵאשִׁית'", דער אייבערשטער האט אריין געגעבן פאר אלע חכמים זיי זאלן שרייבן געוויסע ווערטער אנדערש ווי עס שטייט אין די תורה, צום ביישפיל, זיי האבן געשריבן "אלקים ברא בראשית" אנשטאט "בראשית ברא אלקים", ווייל אנדערש וואלט ער דאס נישט פארשטאנען.


עס איז ידוע אז דער רבי האט כסדר געהייסן און געמאנט מען זאל רעדן מיט מענטשן און זיי מקרב זיין צום הייליגן באשעפער, פארציילט ר' נתן (חיי מוהר"ן, סימן שעז): איך האב געהערט פון רבינ'ס ברודער רבי יחיאל זכרונו לברכה, אז ער האט געפרעגט דעם הייליגן רבי'ן וואס מען קען טון אז ווען מען רעדט מיט מענטשן קומט אסאך מאל אויס צו רעדן נארישקייט, ווייל מען קען דאך נישט צו גיין צו א מענטש און גלייך רעדן צו אים פון אלוקות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל): "הַשָּׂגוֹת אֱלקוּת אִי אֶפְשָׁר לְהַשִּׂיג כִּי אִם עַל יְדֵי צִמְצוּמִים רַבִּים", נאר מען דארף שמועסן סתם זאכן פארדעם און נאכדעם וכו' און אינצווישן קען מען רעדן פונעם אייבערשטן, האט אים דער רבי געזאגט: "וויבאלד נאכדעם ברענגט מען אריין אין יענעם אמת'ע דיבורים, איז אלעס כדאי".


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן י): מענטשן וואס זענען נאך זייער ווייט פונעם אייבערשטן קען מען נאר מקרב זיין צום אייבערשטן אויף דעם וועג ווי אזוי יעקב אבינו האט אריין געברענגט דעם אייבערשטן אויף דער וועלט, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעיהו ב, ה): "בֵּית יַעֲקֹב לְכוּ וְנֵלְכָה בְּאוֹר ה'", און יעקב אבינו האט אויף דעם וועג מגלה געווען דעם אייבערשטן אויף די וועלט מער פון די אנדערע אבות הקדושים.


און דער רבי איז דאס מסביר, ביי אברהם אבינו שטייט (מדרש תהלים, פז): "כִּי אַבְרָהָם קְרָאוֹ הַר", אברהם אבינו האט אריין געברענגט אין דער וועלט די אמונה אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט און מען דארף זיך צו אים באהעפטן; ער האט אויסגעלערנט אז מען דארף זיך אפשיידן פון דער וועלט. אויב מען וויל זיין אן ערליכער איד דארף מען אפלאזן און נישט האבן קיין שייכות מיט דער וועלט, מען זאל גיין אויף די בערג, זיין אפגעזונדערט פון אלעמען און זיך באהעפטן צום אייבערשטן. די מדריגה איז געווען די מדריגה פון די הייליגע נביאים; זיי פלעגן זיין אפגעשיידט פון מענטשן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף אלישע הנביא (ילקוט שמעוני מלכים-ב, רמז רכח), ער האט געדארפט זיין אפגעשיידט פון מענטשן ווייל ער האט זיך אזוי אויסגעלייטערט אז זיין פנים איז געווארן זייער הייליג און פארכטיג, אזוי ווייט אז ווען טראגעדיגע פרויען האבן אים געזען פלעגן זיי פון רוב פחד פארלירן וכו', זיי פלעגן מפיל זיין די קינדער, דעריבער האט ער געדארפט זיין אפגעשיידט פון מענטשן. ער פלעגט זיך שטענדיג געפונען צווישן די בערג, דארט האט ער געקענט דינען דעם אייבערשטן אן דעם וואס מען זאל אים שטערן, און אזוי אויך אלע נביאים פלעגן זיך געפונען רוב צייט אין די מדבריות.


די מדריגה איז טאקע זייער א גרויסער מדריגה אבער עס האט אויך א חסרון, ווייל נישט יעדער איינער קען זוכה זיין זיך אפצושיידן פון דער וועלט, נישט יעדער איינער קען זיצן טאג און נאכט צווישן די בערג. א מענטש האט דאך א ווייב און קינדער, ער קען זיי נישט אפלאזן. איז געקומען יצחק אבינו וואס ער האט אריין געברענגט דעם מושג פון: "וְיִצְחָק קְרָאוֹ שָׂדֶה", ער האט אריין געברענגט אז מען דארף זיך נישט אינגאנצן אפשיידן פון דער וועלט, מען דארף נישט זיין אויף די בערג, מען קען גיין דאווענען אין פעלד, דאס איז שוין נישט אזוי שווער פאר מענטשן צו טון. מען גייט אביסל ארויס פון שטאט וואס דארט זענען דא פעלדער, און אזוי קען מען זיך באהעפטן צום אייבערשטן.


דאס איז געווען די מדריגה פון די הייליגע תנאים און אמוראים; זיי פלעגן גיין אין די פעלדער און דארט האבן זיי זיך מדבק געווען צום הייליגן באשעפער. אזוי ווי מיר געפונען אין זוהר הקדוש אז די תלמידים פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי פלעגן גיין אין פעלדער און אין היילן וואו זיי האבן געלערנט תורה און זיך צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


אבער די מדירגה איז נאך אויך ווייט פון סתם מענטשן, ווייל נישט יעדער איינער קען זיך אפשיידן פון זיין טאג טעגליכער ארבעט און גיין אין פעלד וכו', פאר א גוי איז דאס זיכער נישט געמאכט; אז דו וועסט זאגן פאר א גוי ער זאל גיין אין פעלד וועט ער דיר ענטפערן: "איך בין א חיה?" "וואס זאל איך טון אין פעלד?" א גוי פארשטייט נישט די זאכן, אויב ווייסט ער אז מען קען נאר רעדן צום אייבערשטן און זיין באהאפטן צו אים אין פעלד וועט ער דאס נישט נעמען; איז געקומען יעקב אבינו און מגלה געווען דעם ענין פון: "וְיַעֲקֹב קְרָאוֹ בַּיִת", יעקב אבינו האט אויסגעלערנט מען זאל עוסק זיין אין תפילה אפילו אין שטוב, מען קען זיין אין שטוב און דארט דאווענען, מען קען זיין דבוק צום אייבערשטן און וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער - אין שטוב; בעט דעם אייבערשטן אויף שטוב זאכן, בעט דעם אייבערשטן אויף אלע דיינע געברויכן וואס דו דארפסט האבן.


זאגט דער רבי: "שֶׁהוּא מְקוֹם יִשּׁוּב לִבְנֵי אָדָם יוֹתֵר מִשָּׂדֶה", אין דעם וועג פון יעקב אבינו האט שוין יעדער איינער א געפיל, "כִּי הֶעֱלָה אֶת הַתְּפִילָּה מֵהַר וְשָׂדֶה, לִבְחִינַת בַּיִת", יעקב אבינו האט אויסגעלערנט מען זאל בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע קלייניגקייט; אזוי ווי ר' נתן האט דערציילט אז ער איז אמאל געקומען צום הייליגן רבי'ן און ער האט דערציילט פארן רבי'ן אז זיין רעקל איז צעריסן, האט אים דער רבי געזאגט: "בעט דעם אייבערשטן אויף דעם" און ר' נתן האט זיך געוואונדערט: 'אויף אזא קלייניגקייט זאל איך בעטן דעם אייבערשטן?!' האט אים דער רבי געזאגט: "אודאי! מען דארף בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, וואס איז?" - האט אים דער רבי געפרעגט - "עס פאסט דיר נישט צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם?"


ווען א מענטש וויל א שיינע קאר, ער וויל א שיינע הויז; אויב וועסטו אים זאגן: "דאס איז נישט דער תכלית", וועט ער דיר נישט אויסהערן. דאס איז די סיבה פארוואס זייער אסאך בני נעורים לאזן אפ זייער רצון צו זיין אן ערליכער איד, ווייל פון איין זייט ווילן זיי עולם הזה, אבער מען לערנט מיט זיי אז דאס איז א סתירה מיט זיין אן ערליכע איד; וואס פאסירט? אנשטאט זיי זאלן מחליט זיין: 'מיר לאזן אפ עולם הזה, מיר וועלן גיין אויף די בערג, מיר שיידן זיך אפ פון דעם וועלט', מאכן זיי א פארקערטע החלטה, זיי לאזן אפ זייער רצון צו זיין א צדיק. אבער אז מען לערנט זיי אויס: "וְיַעֲקֹב קְרָאוֹ בַּיִת", דעמאלט שרייען זיי אלע אויס: "לְכוּ וְנֵלְכָה בְּאוֹר ה'".


באמת וויל יעדער מענטש זיין אן ערליכער איד, נאר זיין מח פארנעמט נאך נישט "בראשית ברא אלקים", זיין מח פארנעמט נאך נישט צו זיין אפגעטיילט מזה העולם, דארף מען אים זאגן "אלקים ברא בראשית", מען דארף מיט אים לערנען אזוי ווי שיטת בית הלל (שבת לא.) ווי ער האט זיך אפגעגעבן מיט די גוים ווען זיי זענען געקומען מיט זייערע קטנות און משוגעת'ן וכו'; ער האט זיי געזאגט: "מען קען לערנען כל התורה כולה ווי לאנג מען שטייט אויף איין פיס", "מען קען זיך מגייר זיין און ווערן א כהן גדול", "מען קען לערנען נאר תורה שבכתב אן תורה שבעל פה". אבער לכאורה, ווי קען מען לערנען כל התורה כולה ווי לאנג מען שטייט אויף איין פוס? און קען דען א גר ווערן כהן גדול? מען האט זיכער פארגעהאלטן הלל הזקן היתכן ער זאגט פארן גוי ער זאל זיך מגייר זיין און ער וועט ווערן כהן גדול; קען מען דען לערנען תורה שבכתב אן תורה שבעל פה? אבער הלל הזקן האט אונז געלערנט ווי אזוי מען דארף זיך אראפ לאזן צו יעדן איינעם און אריין לייגן אין יעדן סארט מענטש אז עס איז דא א באשעפער, ביז זיי וועלן אליינס אוועק ווארפן זייערע נארישקייטן.


גלייב מיר, מען קען צוריק ברענגען אלעמען צום אייבערשטן; אנשטאט זאגן פאר א מענטש אז עולם הזה איז נארישקייט, זאג אים: "אויב דו וועסט לערנען און דאווענען, וועסטו האבן א שיינע קאר און א שיינע הויז".


מען זעט ווי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן עוסק געווען מקרב צו זיין אידישע קינדער, זיי האבן גענוצט עולם הזה צו משכנע זיין אז מען זאל אנהייבן לערנען. אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה דערציילן (בבא מציעא פה.): אז דער הייליגער תנא רבי אלעזר בן רבי שמעון האט געהאט א זון וואס איז נישט געווען אזוי ערליך, נאך זיין פטירה איז רבינו הקדוש געגאנגען און ער האט געוואלט צוריק ברענגען זיין זון צום אייבערשטן; רבינו הקדוש האט אים אפגעגעבן כבוד, ער האט אים גערופן 'רבי' און ער האט געלערנט מיט אים, אבער ער האט נישט געוואלט לערנען תורה, ער האט יעדן טאג געמוטשעט אז ער וויל שוין אוועק גיין פון ישיבה, האט אים רבי געזאגט: "איך פארשטיי דיר נישט, 'חַכִּים עֲבַדוּ יָתָך', אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה וועסטו ווערן א חכם, 'וְגוּלְתָא דְדַהֲבָא פְּרַסוּ עֲלָך', מען וועט דיר אנטון מיט טייערע קליידער, יעדער וועט דיר מכבד זיין 'וְרַבִּי קָרוּ לָך', מען וועט דיר רופן רבי, 'וְאַתְּ אָמְרַת לְקִרְיָיתִי אֲנָא אֵיזֵיל?' און נאך אלץ ווילסטו נישט לערנען?!" אזוי האט ער אים משכנע געווען און ער איז געבליבן אין ישיבה ביז ער איז געווארן דער הייליגער רבי יוסי בן ר' אלעזר בן ר' שמעון; זעט מען פון דעם אז מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן מיט מענטשן ווען מען וויל זיי מקרב זיין צום אייבערשטן.


מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן וואס לאזט זיך אראפ צו אונז און ער שפילט זיך מיט אונזערע משוגעת'ן, אבי אונז מקרב צו זיין צום אייבערשן.


דער רבי זאגט (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל): "וְהַכְּלָל כִּי צָרִיך כָּל אָדָם לְבַקֵּשׁ וּלְחַפֵּשׂ מְאֹד מְאֹד אַחַר רֶבִּי אֲמִתִּי הַגָּדוֹל בְּמַעֲלָה מֻפְלֶגֶת מְאֹד שֶׁיוּכַל לְהָאִיר בּוֹ הַשָֹגוֹת אֱלֹקוּת", מען דארף זוכן און בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו טרעפן א צדיק וואס קען אין מיר אריין שיינען געטליכקייט, איך זאל אויך שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט מיר, ווייל: "הַשָּׂגוֹת אֱלקוּת אִי אֶפְשָׁר לְהַשִּׂיג כִּי אִם עַל יְדֵי צִמְצוּמִים רַבִּים", מען דארף אסאך ארומדרייען מיט א מענטש ווי לאנג מען קען אין אים אריין שיינען אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וואס ער איז מחיה ומהוה אלעס, אלעס אויף דער וועלט איז ער אליינס, ער איז באהאלטן אין דומם צומח חי מדבר און עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויף דער וועלט אויסער אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו לעבן מיטן אייבערשטן און וויסן אז אלעס אויף דער וועלט איז נאר א פארשטעלאכטץ פונעם אייבערשטן און אלעס איז א לבוש פארן אין סוף ברוך הוא. דעמאלט איז נישט שייך צו זאגן אז דאס איז מותרות.


איך חזר דיר איבער נאכאמאל וואס איך האב דיר שוין געשריבן: "מותרות איז טייטש ווען מען לעבט אן דעם אייבערשטן; דעמאלט איז אלעס איבעריג, אבער ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס ער האט קומט פונעם אייבערשטן, ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און אויף אלעס וואס ער האט, דעמאלט איז נישטא קיין מותרות. אזוי אויך פארקערט; ווען א מענטש לעבט נישט מיטן אייבערשטן איז א גרויס רחמנות אויף אים, ער האט נישט דער וועלט און נישט יענער וועלט".

#296 - איך ווארט א נישט געזונט קינד
רפואה, קינדער, פחדים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווארט יעצט א קינד, און די דאקטורים שרעקן מיר אן אז דאס איז נישט א געזונט קינד, איך בין ממש פארלוירן און איך ווייס נישט וואס צו טון, אפשר קענט איר מיר מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה', כ' ניסן, ג' דחול המועד, ערב שביעי של פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


על פי הלכה טאר מען נישט שרייבן חול המועד אבער ביי א דבר האבד מעג מען שרייבן.


אז איך ליין ווי איר שרייבט אז עס איז ביי אייך עק וועלט ווייל דער דאקטער זאגט אייך אן אז דאס קינד איז נישט געזונט און איר זענט פארלוירן, וועל איך אייך שרייבן אפאר ווערטער.


איין זאך בעט איך אייך: "פארלירט זיך נישט!" תפילה איז זייער א שטארקע זאך, אזוי ווייט אז עס איז קעגן די טבע, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵיב כָּך וְהַתְּפִלָּה מְשַׁנֶּה אֶת הַטֶּבַע", אפילו אז די טבע זאגט איין זאך, קומט תפילה און דרייט אלעס איבער; גלייבט אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס האט פאסירט ביז יעצט איז פאר אייער טובה, און בעטס אים אויף ווייטער; דורך תפילה וועט איר האבן א געזונט קינד.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורך זאגן נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער זאלט איר זאגן נעמען פון צדיקים. זאגט: "אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד, שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פייגא מברסלב, רבי נתן מברסלב" און נאך נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט, נאכדעם זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָּׁמַיִם, בִּזְכוּת וָואס אִיך הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים פַאר דִיר, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה אוּן מְסִירוּת נֶפֶשׁ וָואס זֵיי הָאבְּן זִיך מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאל אִיך זוֹכָה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גֶעזוּנְט קִינְד אוּן אַלֶעס זָאל אַרִיבֶּערְגֵיין גְרִינְגֶערְהֵייט. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת! אִיך בִּין זֵייעֶר דֶערְשְׁרָאקְן, דִי דָאקְטוֹרִים זָאגְן מִיר אַז דָאס קִינְד אִיז נִישְׁט גֶעזוּנְט, הֶעלְף מִיר אִיך זָאל הָאבְּן אַ גֶעזוּנְט קִינְד, הֶעלְף מִיר אַז אַלֶעס זָאל אַרִיבֶּער גֵיין בְּשָׁלוֹם. אִיך גְלֵייבּ אִין דִיר, אִיך גְלֵייבּ אַז דוּ פִירְסְט דִי וֶועלְט, הֶעלְף מִיר אִיך זָאל הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע קִינְדֶער, אָמֵן".


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס תפילה טוט – וואס תפילה טוט קען קיין שום זאך אויף דער וועלט נישט טוהן.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן כח; איר זאלט מיר מבשר זיין א גוטע בשורה בקרוב, אמן.


נאך יום טוב וועל איך אייך שרייבן מער באריכות אם ירצה ה'.

#295 - וועלכע מעשיות איז גוט צו דערציילן פאר קינדער?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איר רעדט אסאך פון דערציילן ספורי צדיקים פאר קינדער, ספעציעל אזעלכע מעשיות וואס מ'קען נאכמאכן. איך וויל אבער וויסן וואו מ'קען טרעפן אזעלכע גוטע מעשיות פאר קינדער. אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן?


יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היינט איז דא א שפע פון מעשה ביכלעך; ס'איז דא שיינע מעשיות פון צדיקים, אזוי אויך איז דא שיינע מעשיות פון חכמינו זכרונם לברכה צומגענומען פון אלע מדרשים און גמרות ווי אזוי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געלעבט. אויך איז דא שיינע מעשה טעיפס וואו עס ווערט זייער שיין דערציילט מעשיות פון די הייליגע חכמים ווי אזוי זיי האבן זיך געפירט; ווען מען ליינט דאס און מען הערט דאס ווערט מען זייער נתעורר צו עבודת השם.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רלה): "דַּע שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִֹיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הַיְנוּ מִמַּה שֶּׁאֵרַע לָהֶם, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעַל יְדֵי זֶה נִטְהָר מַחֲשַׁבְתּוֹ", עס איז זייער א גרויסע זאך צו דערציילן מעשיות פון צדיקים, דאס ברענגט אז מען זאל האבן א ריינע מח; ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווי אזוי ער האט זיך נישט פארלוירן ווען ער איז אריבערגעגאנגען א שוועריקייט, ווערט דער מח ריין פון אלע דאגות און דמיונות וכו' וכו', מען הייבט אן טראכטן: 'עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט', מען הייבט אן זען אז אלעס אנדערש איז נאריש, דאס הייסט אז דער מח ווערט אויסגעקלארט. אבער דער רבי זאגט (שם) מען דארף וויסן ווי אזוי צו דערציילן די מעשה; דער עיקר דארף מען זען מען זאל ארויס נעמען התחזקות פון די מעשה, אז מיר זאלן אויך דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי די צדיקים האבן זיך געפירט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", עס איז זייער א גרויסע זאך צו הערן מעשיות פון צדיקים, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד, דורכדעם וואס מען זעט צו וואס די צדיקים האבן זוכה געווען אין זייער לעבן.


מען דארף זייער אכטונג געבן וואס מען געבט פאר קינדער צו הערן; ליידער זענען דא זייער אסאך טעיפס פון ליצנות באיצטלא דרבנן. עס זעט אויס ווי א היימישע מעשה וכו' אבער עס איז אנגעפילט מיט סם המות; איין שטיק ליצנות פון יעדן מנהג און פון צדיקים.


מען זעט אז רבינו הקדוש האט אנגעזאגט זיינע קינדער (פסחים קיב:): "אַל תָּדוּרוּ בִּשְׁכֶנְצִיב", איר זאלט נישט וואוינען אין די שטאט שכנציב, ווייל זיי זענען זייער גרויסע לצים און איר וועט ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי; זעט מען פון דעם ווי הארב ליצנות איז און ווי ווייט א מענטש דארף אכטונג געבן וואו ער וואוינט, מיט וועם ער חבר'ט זיך און וואסערע מעשיות/דרשות מען הערט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיט יראת שמים, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, אמן.

#294 - מעג מען געבן פעטש פאר קינדער ווען ס'העלפט נישט עפעס אנדערש?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איר זאגט אסאך אז חינוך דארף מען רעדן צו קינדער און נישט שלאגן, און אויב דארף מען יא שלאגן זאל עס זיין נאר א קליין פעטשל אויף די האנט. וואס טו איך אבער ווען מיין 9 יעריג אינגל האלט נישט ביים פאלגן און ס'העלפט נישט קיין רעדן מיט גוטן אדער בייזן?


ספעציעל ווען עס קומט ביינאכט אים אריינצושיקן אין בעט, איז ממש נישטא צו וועמען צו רעדן, ער הערט ממש נישט וואס מ'רעדט צו אים. אפשר מעג ער יא באקומען א פאטש אויפ'ן פנים.


איך וועל זיך פרייען אויב איר קענט מיר קלאר מאכן אין דעם ענין.


יישר כח.


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט געזאגט מען זאל נישט שלאגן קיין קינדער; אז מען טראכט גוט אריין זעט מען אז פעטש איז בכלל נישט קיין חינוך, נאר ווען מען שלאגט א קינד איז דאס נאר אויסצוגעבן די נערוון. דעריבער טאר מען נישט שלאגן קיין קינדער; נישט נאר עס וועט נישט העלפן, עס וועט נאר מאכן אסאך ערגער וכו'.


אודאי דארף מען אכטונג געבן אז א ווארט פון א טאטע און מאמע זאל זיין טייער און חשוב. אזוי אויך דארפן קינדער פאלגן; מען באלוינט זיי פארן פאלגן און מען קנס'עט זיי אויב זיי פאלגן נישט. למשל, אויב דער קינד פאלגט נישט - ער גייט נישט שלאפן ווען מען הייסט אים, ווארנט מען אים אז ער וועט ער נישט קענען שפילן וכו', אבער נישט שלאגן. שלאגן האט גארנישט מיט חינוך, דאס איז סתם זיך אויסגעבן די נערוון.


בנוגע דיין זון וואס ער פאלגט נישט און מאכט זיך נישט וואוסענדיג וכו'; אסאך מאל ווען א קינד דארף אסאך אויפמערקזאמקייט (תשומת לב) און ער באקומט עס נישט, זוכט ער אן אופן ווי ער קען אויפרעגן וכו', כדי צו געוואונען אויפמערקזאמקייט. דערפאר ווען מען זעט אז א קינד פאדערט מער תשומת לב, דארף מען אים דאס געבן נאך פאר ער הייבט אן שטערן. קלוגע עלטערן, ווען זיי זעהן ווי א קינד הערט נישט וואס מען רעדט צו אים, הייבן זיי אים אויף; למשל, מען זאגט הויך: "קוקט ווי שיין ער פאלגט - ער גייט אריין אין בעט מיט איין מאל הייסן"; "דו ביסט אזא צדיק, דו פאלגסט מיט איין מאל הייסן". צו גוטע ווערטער כאפט זיך יעדער צו; יעדער וויל זיין פון די גוטע.


פארשטייט זיך אז אן תפילה נוצט נישט גארנישט; מען קען וויסן אלע עצות מיט אלע חכמות, אבער אן תפילה, אן דעם אייבערשטן - קען מען גארנישט טון. מען דארף אסאך דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#293 - זאל מען נאר קוקן אויף די גוטע זאכן, אדער דארף מען מחנך זיין די קינדער?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן תורה רפ"ב אז מ'דארף קוקן נאר אויף די גוטס פונעם צווייטן, און דאן וועט די שלעכטס שוין אוועקפאלן פון זיך אליין, מ'זאל בכלל נישט קוקן אויף די שלעכטס פון יענעם.


מיין שאלה איז ווי אזוי מ'קען דאס אויספירן אויף למעשה אין שטוב מיט די קינדער, למעשה דארף מען זיי דאך מחנך זיין אויף תיקון המדות, כשרות און צניעות און אזוי ווייטער, זאל מען זאגן אז מ'זאל גארנישט קוקן אויף די שלעכטס וואס זיי טוען, און נאר זיך מתבונן זיין אין די גוטס? איז דאס גענוג אז זיי וועלן שוין אליין ווערן גוט? אדער דארף מען זיי יא מעורר זיין זיך צו פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג? און אויב יא, ווי אזוי שטימט דאס מיט די דערמאנטע תורה?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


זלמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד זלמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא א טעות וואס מענטשן מאכן, מענטשן מיינען אז מען האט צייט צו מחנך זיין די קינדער ווען זיי ווערן עלטער; דאס איז א טעות, חינוך הייבט זיך אן ווען די קינדער זענען קליין. עלטערן וואס געבן אכטונג אויף זייערע קינדער ווען זיי זענען נאך קליין, מען איז זיי מחנך צו לערנען און דאווענען און אויף קיום המצוות, די קינדער וועלן זיין ערליכע אידן. בפרט מיידלעך וואס זיי דארפן מער שמירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י): אויפן פסוק (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ", "יְבָרֶכְךָ בְּבָנִים", דער אייבערשטער וועט דיר בענטשן מיט קינדער, "וְיִשְׁמְרֶך בְּבָנוֹת", און דיר אפהיטן מיט דיינע מיידלעך; ווייל מיידלעך דארפן האבן מער שמירה ווי זוהן; אויב מען געבט נישט אכטונג ווען זיי זענען קליין זיי זאלן גיין בצניעות וועט שפעטער זיין אביסעלע צו שפעט.


ביים הייליגן סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו איז אמאל אריינגעקומען א קליינע מיידעלע מיט קורצע ערמל, ווען דער רבי האט דאס געזען האט ער געפרעגט: "וועמענס איז זי?" האט מען גערופן איינע פון די גבאים און דער רבי האט אים פארגעהאלטן: "היתכן דו לאזט דיין מיידעלע גיין מיט קורצע ערמל? עס איז נישט קיין צניעות!" האט דער איד געענטפערט: "רבי, זי איז נאך אונטער דריי יאר", האט דער רבי געזאגט: "איך וויל נישט הערן קיין תירוצים, מען דארף אכטונג געבן אויף צניעות"; אויב מען געבט אכטונג אויף די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, וואקסן די קינדער אויף ערליך, אבער אז מען לאזט די קינדער גיין ווי אזוי זיי גייען און מען זאגט זיי גארנישט, מען פארענפערט זיך: 'זיי זענען נאך יונג', וועט מען שפעטער גארנישט קענען טון.


קינדער דארף מען מחנך זיין און אויב מען איז זיי נישט מחנך וועלן זיי ארויסגיין לתרבות רעה, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂך שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ, וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר" ווער עס האט ליב זיין קינד זאגט אים מוסר, און ווער עס זאגט נישט קיין מוסר איז א סימן אז ער האט פיינט זיין קינד.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה א, א): ווען א מענטש איז נישט מחנך זיין קינד וועט דאס קינד אראפגיין פון אידישן וועג. אזוי ווי מיר זעהן ביי אברהם אבינו; ער האט געזען ווי ישמעאל קומט אהיים מיט א געטשקע און שפילט זיך מיט עבודה זרה'ס, אבער ער האט אים גארנישט געזאגט ווייל ער האט אים געשוינט, ביז ער האט אים געדארפט פארטרייבן פון שטוב כדי ער זאל נישט קאליע מאכן זיין ברודער יצחק. אזוי אויך איז געווען מיט עשיו; עס שטייט אין די תורה (בראשית כה, כח): "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו, כִּי צַיִד בְּפִיו", יצחק האט ליב געהאט עשו און אים גארנישט געזאגט, צום סוף איז ער ארויס לתרבות רעה; זעט מען פון דעם, אז ווען א מענטש זאגט נישט קיין מוסר פאר זיינע קינדער ווען זיי זענען נאך יונג וועט ער חרטה האבן שפעטער.


עס איז כדאי דו זאלסט נאכקוקן די מדרש (פרשת שמות - רבה א, א; תנחומא א), וועסטו זען ווי חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס נאך מעשיות. חז"ל דערציילן פון אבשלום און זיין ברודער אדוניה וואס זייער טאטע דוד המלך האט זיי נישט געזאגט קיין מוסר און וואס עס איז צום סוף געשען מיט זיי. אבער די קינדער וואס מען איז מחנך, זיי וואקסן אויס גרויסע צדיקים; אברהם אבינו האט מחנך געווען יצחק, יצחק האט מחנך געווען יעקב און אזוי ווייטער, דורכדעם זענען זיי געווארן גרויסע צדיקים, און מען האט געהאט פון זיי אסאך נחת.


זיי מיר מוחל אבער איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט; וואס האט איינס מיטן צווייטן, וואס האט חינוך הבנים מיט דן זיין לכף זכות? פארקערט, אויב מען איז דן א צווייטן לכף זכות, מען קוקט אים נישט אן ווי א רשע, דעמאלט קען מען יענעם צוריק ברענגען צום אייבערשטן. דאס זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפב): "דַּע כִּי צָרִיךְ לָדוּן אֶת כָּל אָדָם לְכַף זְכוּת, וַאֲפִלּוּ מִי שֶׁהוּא רָשָׁע גָּמוּר, צָרִיךְ לְחַפֵּשֹ וְלִמְצֹא בּוֹ אֵיזֶה מְעַט טוֹב, שֶׁבְּאוֹתוֹ הַמְּעַט אֵינוֹ רָשָׁע, וְעַל יְדֵי זֶה שֶׁמּוֹצֵא בּוֹ מְעַט טוֹב, וְדָן אוֹתוֹ לְכַף זְכוּת, עַל יְדֵי זֶה מַעֲלֶה אוֹתוֹ בֶּאֱמֶת לְכַף זְכוּת, וְיוּכַל לַהֲשִׁיבוֹ בִּתְשׁוּבָה", אז מען קוקט גוט אויף א צווייטן, מען זוכט אין יענעם אביסל גוטס דורכדעם קען מען יענעם צוריק ברענגען צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, י): "וְעוֹד מְעַט וְאֵין רָשָׁע, וְהִתְבּוֹנַנְתָּ עַל מְקוֹמוֹ וְאֵינֶנּוּ", אז דו וועסט טרעפן אין אים 'עוֹד מְעַט וְאֵין רָשָׁע' - אביסל גוטס וואס אין דעם פרט איז ער נישט קיין רשע, דעמאלט: 'וְהִתְבּוֹנַנְתָּ עַל מְקוֹמוֹ וְאֵינֶנּוּ', וועט ער שוין נישט בלייבן ביי זיינע אלטע מעשים, נאר ער וועט זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


די זעלבע זאך - זאגט דער רבי - איז מיט זיך אליינס; די סיבה פארוואס א מענטש טוט שלעכטע מעשים איז ווייל ער טראכט: 'איך בין דאך שוין סיי ווי א רשע, איך קען זיך שוין נישט אומקערן צום אייבערשטן', אבער אז מען טרעפט אין זיך אביסל גוטס, דעמאלט קען מען זיך שוין צוריק קערן צום אייבערשטן. דעריבער פארשטיי איך נישט וואס איז די סתירה פון חינוך און דן זיין לכף זכות; פארקערט אז מען קוקט גוט אויף די קינדער, מען האט רחמנות אויף זיי, דעמאלט קען מען שיין רעדן צו זיי, דעמאלט קען מען זיי מעורר זיין זיי זאלן לערנען און דאווענען און גיין אנגעטון בצניעות וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#292 - זאל איך אוועקפארן אן מיין ווייב?
שלום בית, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער כסדר די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און דאס איז מיר זייער מחזק אין תורה ותפלה, יראת שמים ושלום בית, און נאך פיל. א גרויסן יישר כח.


איך בין געוואוינט צו פארן אלע יארן זומער מיט מיין ווייב קיין חוץ לארץ אויף די בערג פאר וואקאציע אפאר וואכן, דאס געבט מיר געזונט און הרחבת הדעת. דאס יאר וויל זי נישט פארן (זי האט א גערעכטע סיבה דערצו, וואס איז נישט די פלאץ דא אויסצושמועסן), זי פארשטייט אבער אז איך דארף דאס האבן און זי געבט מיר רשות צו פארן אליין מיט מיינע חברים, למעשה וויל איך אבער נישט פארן אן איר, דאס איז נישט קיין וועג אין שלום בית, מצד שני וויל איך אבער פארן צוליב מיין געזונט.


איך האבן שוין פיל מתפלל געווען דערויף צו וויסן וואס צו טון, איך ווייס אבער נאכאלץ נישט וואס איז ריכטיג פאר מיר צו טון, אפשר קענט איר מיר זאגן וואס איך האב צו טון?


יישר כח.


יהודה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהודה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו


עס איז מיר שווער צו ענטפערן ווען איך ווייס נישט וואס, ווען און ווי; איך קען דיר שרייבן וואס דער הייליגער רבי האט געהאלטן (שיחות הר"ן, סימן רמא): דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט אוועק פארן פון שטוב און איבער לאזן די ווייב וכו'. אין יענע צייטן פלעגן די מלמדים אוועק פארן פון שטוב, זיי האבן איבער געלאזט די ווייב פאר א האלבע יאר. דער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף דעם און דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף זיי מיט א שלעכטע לשון, קוק נאך דעם לשון וואס דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף זיי, עיין שם.


אז דו דארפסט אוועק פארן פון שטוב זאלסטו מיט נעמען דיין ווייב מיט דיר; חס ושלום אוועק פארן פאר א לאנגע צייט אן די ווייב, דאס איז א גרויסע סכנה, בפרט היינטיגע טעג, ודי לחכימא.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם דף גמרא; דאס וועט דיר ברענגען א רפואה און דאס וועט דיר אויסהיילן בגשמיות וברוחניות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#291 - פירן א פשוטע ביליגע לעבן, קען שאטן פאר די קינדער?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מאמע פון א קינדער געבענטשטע פאמיליע, איך פרוביר זיך צו האלטן צו א ביליגע סטאנדארט, צו קויפן די ביליגסטע, און אפילו נעמען גענוצטע וועש פון אנדערע, און ווען עס קומט חול המועד גייען מיר נאר צו פשוטע פלעצער צו פארברענגען. ווידער מיינע שוועסטער און שוועגערנס האלטן זיך זייער הויך, זיי קויפן אלץ טייערע זאכן, און מ'גייט אויף ווייטע און טייערע אויספלוגן.


איך וויל וויסן אויב דאס וועט נישט שאטן פאר מיינע קינדער, וועלכע קענען שפירן אז זיי זענען בא'עוול'ט געווארן, זיי זענען די 'נעבעכס', זיי באקומען נישט אזויפיל ווי זייערע קאזינס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר ציט אויף אייער משפחה איידל און באשיידן וכו'.


וויסן זאלט איר, די קינדער וואס מען צערטעלט זיי (ספוילט), מען טוט זיי אן ווי קעניגן און מען טראגט זיי חול המועד האלטן אויף די זון אין די לבנה וכו' – אויף זיי איז א גרויסער רחמנות, ווייל געבן פאר די קינדער אלעס וואס זיי ווילן און אלעס וואס זיי חלומ'ען דאס מאכט זיי פאר א נעבעך.


געבן פאר די קינדער אלעס וואס זיי בעטן וכו' - איז א פוילער וועג אין חינוך; עלטערן כאפן זיך נישט אז דאס אנטון די קינדער מיט די טייערסטע קליידער און מיט די נייסטע מאדעס - וועט זיי שפעטער קאסטן א טייערע פרייז.


קינדער דארפן גארנישט, קינדער דארפן נאר איין זאך: "א ווארעמע שטוב"; קינדער וואס האבן א ווארעמע שטוב, זיי וואקסן אויף אין א שטוב וואו די עלטערן האבן זיך ליב, וואו די עלטערן זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן - די קינדער קענען נישט ווערן קיין נעבעכ'ס. קינדער וואס מען רעדט שיין צו זיי, מען דערנידערט זיי נישט, מען שרייט נישט אויף זיי - די וואקסן אויף געזונט.


דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן ווייטער מחנך צו זיין אייערע קינדער פשוט און ביליג און איר זאלט נישט קוקן נישט אויף א צווייטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כֵּיוָן שֶׁנִּצְטָרֵך אָדָם לַבְּרִיוֹת, פָּנָיו מִשְׁתַּנּוֹת כִּכְּרוּם", ווען א מענטש קוקט אויף א צווייטן, מען וויל געפעלן א צווייטן, ווערט ער אזוי ווי א קאלירטע פייגל וואס טוישט יעדן טאג איר קאליר, ווייל ער דארף פאר יעדן איינעם אנדערש אויסקוקן און מען האט נישט קיין לעבן; דער וואס זוכט נאר צו געפעלן א צווייטן דער איז דער נעבעך, אבער ווען מען לעבט פארן אייבערשטן, ווען מען לעבט פאר זיך - דעמאלט לעבט מען א גוט לעבן.


נאכאמאל, קיינער זאל אייך נישט איינרעדן אז אויב איר וועט נישט געבן פאר די קינדער דאס טייערסטע און דאס בעסטע וכו' וכו' וועלן זיי שפעטער זאגן אז מען האט זיי בא'עוולה'ט; פארקערט, די אלע וואס שרייען אז מען האט זיי גארנישט געגעבן וכו' - זיי קומען פון שטובער וואס מען האט זיי באמת געפייניגט, פארשעמט און גע'רודפ'ט, דאס באדערט זיי.


דער עיקר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער; בפרט היינטיגע טעג וואס עס בוזשעוועט א שטורעם ווינט און רייסט אויס יונגע און אלטע ביימער, מענטשן פאלן אוועק פון דער אמונה, מענטשן פאלן אוועק פון דרך התורה, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדן קינד באזינדער און מען דארף אסאך פארברענגען מיט זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#290 - פארוואס ציעט מיר מער צו ליינען צייטונגען אין מיין איבריג צייט, ווי צו לערנען תורה?
חינוך הילדים, לימוד התורה, מלמדים, היטן די צייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ארבעט אלס מלמד א גאנץ יאר, און ווען ס'קומט חול המועד האב איך אביסל וואקאציע, עס ציעט מיר זיך אביסל אויסצורוען און ליינען צייטונגען און מאגאזינען, פארשטייט זיך נאר כשר'ע, אבער עס ציעט מיר נישט צו לערנען, מיין ווייב מוטשעט מיר איך זאל גיין לערנען כאטש פאר צוויי שעה א טאג, ווי אזוי קען איך מאכן אז ס'זאל מיר ציען צו לערנען?


יישר כח.


מנחם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מנחם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) דארף מען שוין נישט קיין עצות פון קיינעם צו באקומען א געפיל צו לערנען ווייל עס הייבט אן ציען צום לערנען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צז, ג): אויפן פסוק (בראשית מח, טז): "וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ", יעקב אבינו האט געבענטשט יוסף ער זאל זיין ווי די פיש וואס לעבן אין וואסער, זייער גאנצע עקזיסטענץ איז וואסער, מיט דעם אלעם, ווען עס הייבט אן רעגענען שווימען זיי אלע ארויף און ווילן כאפן א פרישע טראפ פון די רעגן וואסער. אזוי אויך זענען די אידן, זייער גאנצע לעבן איז נאר תורה, מיט דעם אלעם ציט זיי יעדן טאג צו לערנען נאך און נאך תורה.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר, ווייל ווען דו וואלסט ווען גענומען דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד" וואלסטו געהאט סיי דער וועלט און יענער וועלט; מען קען דאס נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס וויל דאס נישט טועם זיין. "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב (תהלים לד, ט):" - נעם א משניות און הייב אן זאגן פרק נאך פרק, א מסכת נאך א מסכת, דו וועסטו שפירן עפעס וואס דו האסט נאך קיינמאל נישט געשפירט, מען הייבט אן שפירן א טעם אין לעבן, עס הייבט אן ציען דעם מענטש צו נאך און נאך תורה, בפרט אז מען לערנט אסאך משניות, דאס האט אין זיך א כח אז עס ברענגט אריין א גליסטעניש צו לערנען די גאנצע תורה.


וואס וועסטו האבן פון ליינען צייטונגען? דער גאנצער צייטונג איז איין שטיק ליצנות און איין גרויסער בלאף; די ציל פון א צייטונג איז נאר צו ווייזן (צפניה ב, טו): "אֲנִי וְאַפְסִי עוֹד", איך, איך און נאכאמאל איך, און עולם גולם שטייט און ליינט דאס בשעת מען כאפט נישט אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג א וואך נאך א וואך און מען האט גארנישט דערפון, דאס איז חוץ דעם וואס עס נעמט אוועק דאס יראת שמים פונעם מענטש.


איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיין טאטע שליט"א האט קיינמאל נישט געלאזט אריין ברענגען אין שטוב קיין שום צייטונג; שבת האב איך געזען מיין טאטע שליט"א נאר לערנען און פארברענגען מיט די קינדער, איך האב נישט געוואוסט בכלל אז עס איז דא צייטונגען ביז איך בין געפארן לערנען אין ישיבה.


בפרט אז דו ביסט א מלמד א גאנץ יאר דארפסטו דאך אכטונג געבן וואס דו ליינסט; וויי פאר די קינדער וואס זייער מלמד איז אנגעליינט מיט ליצנות פון צייטונגען, דער גאנצער צייטונג איז איין שטיק שקר, לשון הרע, רכילות, ליצנות, דברים בטלים און דברים של מה בכך וכו' וכו'; אודאי לייגן זיי אריין דברי תורה, ווייל אזוי קען מען פארנארן אידישע קינדער. מען לייגט טאקע אריין שיינע מוסר השכל מיט כלומר'ישע מוסר וחסידות, אבער ווער זענען די שרייבערס? פיסטע יונגען וכו' וכו'. ווען דו וואלסט געוואוסט ווער די שרייבערס זענען, וואלסטו געשריגן: "געוואלד! די לצים פירן כלל ישראל!" עס זיצן פוסטע יונגען, זיי דארפן אנפילן א צייטונג מיט הונדערטער בלעטער, שטייען זיי און מאכן ליצנות פון כלל ישראל, ליצי ליצנות און עולם גולם קויפט עס; קיינער ווייסט נישט פארוואס, קיינער טראכט שוין נישט אליינס, נאר וואס דער שרייבער שרייבט - דאס איז דער שכל הישר.


וואס האבן די שרייבערס געטון פארן שרייבן זייער ארטיקל - געלערנט אור החיים הקדוש? געזאגט תהלים? זיי זענען געזעצן און געליינט רחמנא לצלן זאכן וואס א איד טאר נישט ליינען, דאס ליינסטו? און דאס גייסטו איבערגעבן פאר ריינע קינדער - תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא?!


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט א קלוגע ווייב וואס וויל אויפשטעלן מיט דיר אן ערליכער שטוב, זי וויל דו זאלסט אביסל לערנען, זי וויל אז די קינדער זאלן אויפוואקסן אין א שטוב וואו דער טאטע לערנט. אז מען לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" קען מען לערנען אין שטוב; מען דארף נישט קיין חברותא, נאר מען זיצט אין שטוב און מען לערנט אויפן קול. די ווענט ווערן אנגעזאפט מיט די זיסע גמרא ניגון, די ווענט שרייען ארויס 'דא וואוינט אן ערליכער איד', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית יא.): "בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם וְקוֹרוֹת בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם מְעִידִים בּוֹ", די ווענט פונעם שטוב זאגן עדות וואס עס טוט זיך אין שטוב; די דאך שרייט ארויס וואס דא טוט זיך, אזוי ווי עס שטייט (חבקוק ב, יא): "כִּי אֶבֶן מִקִּיר תִּזְעָק, וְכָפִיס מֵעֵץ יַעֲנֶנָּה", די קינדער וואקסן אויף מיט א טאטע וואס לערנט, די מאן ווערט חשוב אין זיין ווייבס אויגן און אלעס טוישט זיך צום גוטן.


ווער עס לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" דער לערנט יעדן טאג; ביי אים איז נישט קיין חילוק צי עס איז חול המועד צו ערב יום טוב, צי עס איז פורים צי ווען אימער, יעדער לערנט זיך זיינע שיעורים כסדרן יעדן טאג, אבער אז מען וויל נישט איינבייגן דעם קאפ פארן רבי'ן, מען וויל נישט לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד", דעמאלט האט מען יעדן טאג אן אנדערער תירוץ; היינט איז חול המועד, מארגן איז יום טוב, נאכדעם דארף מען אוועק פאקן דעם יום טוב וכו', נאכדעם האב איך א שמחה, נאכדעם האט מיין חבר א שמחה וכו' וכו' און דערווייל גייט אריבער כמה וכמה שנים אן קיין תורה.


פאלג דעם רבי'ן, נעם א משניות און הייב אן מסכת ברכות, גיי כסדרן א פרק נאך א פרק, זאג די ווערטער אויפן קול אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, אזוי זאלסטו טון ביז דו וועסט ענדיגן א מסכת, נאכדעם גיי נישט איבער די מסכת, נאר גיי צום קומענדיגן מסכת ביז דו וועסט ענדיגן א סדר, ווען דו ענדיגסט א סדר זאלסטו ווייטער זאגן פרקים ביז דו וועסט ענדיגן ששה סדרי משנה, נאכדעם זאלסטו אנהייבן נאך אמאל משניות וכו' וכו', אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן.


אזוי זאלסטו אויך טון מיט גמרא; הייב אן ש"ס, נעם א מסכת ברכות און הייב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא. היינט זענען דא גמרות מנוקד, אפילו איינער וואס קען נישט קיין עברי קען אויך זוכה זיין צו לערנען די הייליגע גמרא; זאג א דף נאך א דף ביז דו וועסט ענדיגן דעם גאנצע מסכת, נאכדעם זאלסטו אנהייבן מסכת שבת, אזוי זאלסטו גיין כסדרן ביז דו וועסט ענדיגן ש"ס.


וואס זאל איך דיר זאגן, איינמאל דו וועסט טועם זיין דעם "סדר דרך הלימוד" וועסטו שוין נישט דארפן קיינעם אויפן וועלט, דו וועסט נישט דארפן נישט די וועלט און נישט יענע וועלט. אזוי ווי דער רבי האט איינעם גע'מוסר'ט (שיחות הר"ן, סימן יז): "מַדּוּעַ לֹא תִּלְמַד? מַה תַּפְסִיד בָּזֶה הֲלֹא תְּקַבֵּל עוֹלָם הַבָּא עַל הַלִּמּוּד?!", פארוואס לערנסטו נישט? דו וועסט דאך באקומען עולם הבא פאר דיין לערנען? נאכדעם האט אים דער רבי געזאגט: "וְאֵין צָרִיךְ לוֹמַר, כְּשֶׁהַתּוֹרָה מַרְאָה אַהֲבָה לְאֶחָד, אָז אֵין רוֹצֶה כְּלָל עוֹלָם הַבָּא, רַק שֶׁרוֹצֶה אֶת הַתּוֹרָה בְּעַצְמָהּ", און איינמאל דו וועסט זוכה זיין צו שפירן א ליבשאפט צו די תורה, וועסטו שוין נישט דארפן נישט די וועלט און נישט יענער וועלט, דו וועסט נאר וועלן לערנען נאך און נאך.


איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו האסט אנגעהויבן לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן.

#289 - ביי מיינע עלטערן איז זייער אנגעצויגן פסח, ווי אזוי האלט איך זיך פרייליך?
כיבוד אב ואם, שמחה, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר מיין לעבן, וואס האט זיך אנגעהויבן מיט דריי יאר צוריק, ווען איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, וואס האבן ממש געעפנט מיינע אויגן.


איך בין א בחור פון 19 יאר, איך הער ווי דער ראש ישיבה זאגט ביי די שיעורים ווי אזוי מ'דארף פירן א סדר מיט רואיגקייט, ווי אזוי מ'קען האבן א פרייליכע פסח, ס'זאל נישט זיין קיין אנגעצויגנקייט אינדערהיים. דאס איז אלעס זייער שיינע זאכן, וואס קען איך אבער טון אז ביי אונז אינדערהיים איז נישט אזוי, מיין טאטע איז געפערליך נערוועז און שרייט זייער אסאך, יעדעס יאר קומט צו פרישע חומרות ביי אונז. מיינע חתונה געהאטע געשוויסטער ווילן שוין נישט קומען צו אונז אויף פסח, ווייל ס'איז שוין ממש נישט אויסצוהאלטן.


איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט קיין איין פרייליכע פסח, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה געבן א וועג ווי אזוי איך קען האבן א רואיגע געשמאקע פסח צום ערשטן מאל?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, נאר דער אייבערשטער קען אייך באצאלן פאר אלעס וואס איר טוט פאר מיר.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני-א, י"א ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיטן הייליגן רבי'ן. דער רבי לערנט אונז אז מיר זאלן שטענדיג זוכן דאס גוטס; אפילו ווען עס גייט אריבער שוועריקייטן אויפן מענטש זאל מען אויפזוכן דעם אייבערשטן אינעם שוועריקייט, מען זאל זוכן די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיטן מענטש און מען זאל אים דאנקען און לויבן דערויף.


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן; אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס, האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט.


בנוגע וואס דו פרעגסט ווי אזוי דו קענסט האבן א געשמאקע יום טוב; נוץ דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות. בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן א פרייליכע יום טוב, בעט אים דו זאלסט שטענדיג זיין פרייליך, עס זאל דיר גארנישט באדערן און עס זאל דיר גארנישט אנגיין. ווען א מענטש איז פרייליך און ער הערט נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט וואס דער אייבערשטער געבט אים פאלן ממילא אוועק אלע פראבלעמען און אלע ווייטאגן וכו'.


פון איין זייט איז דיר זייער שווער צו מקיים זיין מצות כיבוד אב ואם וכו', אבער פון דער אנדערע זייט איז די שכר זייער גרויס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", ווי שווערער עס קומט אן צו מקיים זיין א מצוה אלץ מער שכר באקומט מען, בפרט די מצוה פון כיבוד אב ואם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּרוֹתֵיהֶם בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לוֹ לָעוֹלָם הַבָּא; כִּבּוּד אָב וָאֵם", אויף כיבוד אב ואם באצאלט דער אייבערשטער שכר נישט נאר אויף יענע וועלט, נאר אויך אויף דער וועלט; אז דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן וועסטו זען נחת ביי דיינע קינדער. נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך און ווי אזוי דו האסט זיך אויפגעפירט צו דיינע עלטערן וועסטו צוריק באקומען מיט פראצענט פון דיינע קינדער.


דו שרייבסט מיר: "איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט קיין איין פרייליכע פסח"; וויל איך דיר זאגן אז דאס איז דיין אייגענע פראבלעם, דאס האט גארנישט צו טון מיט דיינע עלטערן, דו דארפסט ארבעטן אויף דיר אליינס אז דו זאלסט זיין פרייליך. כל זמן דו וועסט באשולדיגן דיינע עלטערן וכו' וועסטו גארנישט האבן דערפון, נאר שברון לב און עגמת נפש; עס איז זייער גרינג אוועק צו מאכן עלטערן און לייגן די גאנצע מיסט אויף זיי אבער דאס וועט דיר גארנישט העלפן אין לעבן. אז דו וועסט ארבעטן אויף דיינע מידות, צו זיין א זיסער איד, דו זאלסט זיין א פרייליכער איד, דו זאלסט נישט זיין קיין נערוועזער מענטש, שרייען און שלאגן וכו', וועט דיר גוט זיין. עס וועט מקוים ווערן ביי דיר (שופטים יד, יד): "מֵעַז יָצָא מָתוֹק".


דו שרייבסט אז דו שעפסט חיות פון רבי'ן די לעצטע דריי יאר; לערן אביסל ספר "אשר בנחל" וועסטו זען וואס ברסלב איז, מוהרא"ש ברענגט סיפורים פון אנשי שלומינו וואס האבן גארנישט געהאט אין לעבן און זיי זענען שטענדיג געווען פרייליך. איך ווייס נישט צי דו האסט נאך זוכה געווען צו קענען מוהרא"ש וואס איז געווען א לעבעדיגער ביישפיל. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט גארנישט געהאט אין לעבן; ווען איך זאג דיר גארנישט געהאט מיין איך טאקע גארנישט, נישט סתם געזאגט, אזוי ווי מען זאגט און מען שרייבט וכו', ער האט גארנישט געהאט אין לעבן און מיט דעם אלעם איז ער שטענדיג געווען פרייליך, שטענדיג ארום געגאנגען מיט א שמייכל און א גאנץ לעבן מחזק געווען אידישע קינדער.


יעצט פרעג איך דיר, דו ביסט א יונגער בחור און נאך אביסל הייבסטו אן דיין לעבן, פארוואס זאלסטו זיין אזוי צעבראכן און שרייבן: "איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט קיין איין פרייליכע פסח"? פארוואס? ווייל דיין טאטע האט חומרות, איז וואס? דאס איז א צרה? מאך דיר פרייליך, דאנק דעם אייבערשטן אז דו זיצט ביים סדר טיש מיט טאטע און מאמע! וויפיל אידישע קינדער ליגן נעבעך אין שפיטאל און קענען נישט זיצן אין שטוב ביים סדר, דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט און שטארק.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט ארויס גיין פון דיין אייגענע מצרים, דיין מצר–ים, דיין קטנות הדעת; זאלסט זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן וואס דעמאלט דארף מען שוין גארנישט. ווען א מענטש שפירט אביסל נאנטשאפט צום אייבערשטן איז ער א צופרידענער מענטש, און מיר אלע זאלן שוין זיין זוכה זיין צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#288 - כ'בין שוין א חתן, און כ'האב ווייטער שווערע נסיונות
קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסע יישר כח פאר די הערליכע שיעורים וואס איך הער כסדר אויף די האטליין, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


שוין יארן וואס איך מוטשע זיך מיט גרויסע נסיונות אין קדושה, איך קוק שמוציגע זאכן, און איך טו שמוציגע זאכן, הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, און איך קען זיך נישט ארויסזען דערפון.


איך האב געמיינט אז ווען איך וועל א חתן ווערן, וועט מיר ווערן גרינגער, דערווייל האב מיר אבער דער אייבערשטער שוין געהאלפן אז איך בין א חתן געווארן, און איך מוטשע זיך נאך ווייטער מיט שרעקליכע נסיונות, איך בעט אייך, העלפט מיר ארויס!


א גרויסן יישר כח.


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני-א, י"א ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד החתן שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען א מענטש פאלט אריין אין עבירות, בפרט ווען מען זינדיגט אין פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז זייער שווער ארויס צו קריכן דערפון.


עס שטייט אין זוהר הקדוש (ויחי ריט:) "אָמַר רַבִּי יְהוּדָה לֵית לָך חוֹבָא בְּעָלְמָא דְּלָא אִית לֵיהּ תְּשׁוּבָה בַּר מֵהַאי", עס איז נישט דא קיין עבירה וואס עס העלפט נישט דערויף קיין תשובה, אויסער ווען א מענטש איז פוגם בברית, "וְלֵית לָך לְחֲיָיבָא דְּלָא חֲמָּאָן אַפֵּי שְׁכִינְתָּא בַּר מֵהַאי", עס איז נישטא קיין זינדיגער מענטש וואס וועט נישט זוכה זיין צו זען דעם אייבערשטן אויב ער טוט תשובה, אויסער דער וואס זינדיגט אין פגם הברית; די עבירה פון פגם הברית אזוי אזוי הארב, ווייל פון יעדע טיפה וואס דער מענטש איז מוציא לבטלה איז אזוי ווי ער הרג'עט זיינע קינדער. דאס איז אפילו ווען א מענטש זינדיגט איין מאל וכו', כל שכן אז א מענטש זינדיגט אסאך מאל איז עס אזוי ווי ער איז גאר א גרויסער רוצח.


נאר דער רבי קען דיר העלפן; דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, אפילו איינער וואס איז קראנק און ליידט פון די עקלדיגע נסיונות קען אויך ארויס קריכן פון זיינע עקלדיגע געמיינע שמוץ אויב ער וועט פאלגן דעם רבי'ן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


דעריבער אז דו ביסט נעבעך אזוי אראפ געפאלן אין עבירות, איז דא פאר דיר איין עצה: נעם א משניות און הייב אן לערנען משניות; לערן איין פרק נאכן צווייטן, אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט ווייל פון אזוי פיל מאל זינדיגן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית האסטו פארלוירן דיין מח. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, דער פגם גייט ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו'. אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; דורכדעם איז מען זוכה אז מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות.


איך זאג דיר נאכאמאל: "קיינער קען דיר נישט העלפן, נאר דו אליינס"; אויב דו וועסט נעמען דעם רבינ'ס ווערטער און עס מקיים זיין, דו וועסט זאגן משניות אפילו אן פארשטיין, דעמאלט וועסטו ארויס קריכן פון דיין שרעקליכן פלאנטער אין וואס דו ביסט אריין געפאלן. ווער רעדט נאך אז דו וועסט זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, חַ"י חַ"י הוּא יוֹדֶך כָּמוֹנִי הַיּוֹם, וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.


ועל כולם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן זאלסט האבן כח זיך צו מתגבר זיין אויף דיין יצר הרע. בעט אים יעדן טאג אז דו ווילסט נישט טון די שמוציגע מעשים; בעט אים אז דו ווילסט נישט ליידן דיין גאנץ לעבן ביטערע צרות, ווייל אלע צרות וואס א מענטש ליידט קומט פון פגם הברית. ווען א מענטש איז פוגם בברית באשאפט ער קליפות, שדים און משחיתים וואס פייניגן אים, זיי גייען מיטן מענטש איבעראל און מאכן אים בעצבות ומרה שחורה. בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט תשובה טון אויף דיינע שלעכטע מעשים, אמן.

#287 - איך האב געענדיגט די פערטע מאל משניות, ש'כח!
לימוד התורה, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, צו ענדיגן די פערטע מאל ששה סדרי משנה.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס. נאר דער אייבערשטער קען אייך באצאלן.


יהושע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהושע נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב אזא הנאה צו הערן ווי דו פלייסט זיך אין לערנען די הייליגע תורה, בפרט אין לימוד משניות, און דו האסט שוין זוכה געווען צו מסיים זיין דעם פערטן מאל ששה סדרי משנה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת", משיח וועט קומען בזכות די וואס לערנען משניות; דאס זעלבע וועט זיין מיט דיין פריוואטע גלות, דו וועסט זוכה זיין ארויס צו גיין פון דיין גלות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב.): אויפן פסוק (תהלים סח, ז): "מוֹצִיא אֲסִירִים בַּכּוֹשָׁרוֹת", אז דער אייבערשטער נעמט ארויס בחורים און מיידלעך פון זייער תפיסה און ער מאכט שידוכים; בזכות לימוד משניות וועסטו טרעפן א גוטע שידוך.


שטארק דיר און זיי ממשיך צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן (שיחות הר"ן, סימן עו). אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה.


עס איז נישט דא נאך א זאך וואס מאכט פרייליך דעם מענטש אזוי ווי תורה; א מענטש וואס לערנט תורה דער איז רייך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.): אויפן פסוק (ישעיהו ג, ז): "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה" – זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, א פרק משניות און א דף גמרא איז דער גרעסטער ארימאן; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (נדרים מא.): "אֵין עָנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת", ווער איז אן ארימאן? דער וואס האט נישט קיין שכל; א מענטש וואס טראכט נישט פון תכלית, דער איז אן ארימאן, ווען א מענטש לערנט נישט קיין תורה יעדן טאג און טוט נישט קיין מעשים טובים, ווען ער וועט אוועק גיין פון דער וועלט וועט ער זיין ארים, ווייל אין בית החיים נעמט מען נישט מיט קיין געלט מיט הייזער, דארט נעמט מען מיט נאר תורה ומעשים טובים, דערפאר זע אריינצוכאפן אביסל תורה יעדן טאג.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס תורה טוט פארן מענטש; אפילו א מענטש זאל זיין רחמנא לצלן אין שאול תחתית, אויב ער נעמט אויף זיך צו לערנען יעדן טאג תורה, וועט ער ארויס גיין פון אלע שלעכטס וואו ער איז אריין געפאלן און דער אייבערשטער וועט אים מוחל זיין אויף אלע זיינע עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן )ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֵה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה – דאס הייסט ער נעמט זיך פאר צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה – זאגט דער אייבערשטער: "רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#286 - ווי אזוי טרייסט מען זיך נאך די הסתלקות פונעם וויזניצער רבי זצ"ל? און ווי אזוי רעדט מען צו קינדער וועגן שטארבן?
חינוך הילדים, חסידות ברסלב, צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע חיזוק וואס איך באקום פון אייך סיי פון די בריוו און סיי פון די שיעורים, איך מיט מיינע חברים זענען זיך זייער מחזק דערמיט.


היינט איז נסתלק געווארן מיין גרויסער הייליגער רבי, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ זי"ע, און איך דארף חיזוק ווייטער אנצוגיין, איך שפיר זיך ממש פאר'יתומ'ט, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן? ווי אזוי פול איך אן דעם חלל וואס איז מיר געבליבן?


אויך האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי מ'רעדט צו קליינע קינדער איבער שטארבן, מיינע קינדער פרעגן מיר וואס מיינט אז דער רבי איז נפטר געווארן, וואו טראגט מען דעם רבי'ן ביי לויה, אויך לעצטנס איז נפטר געווארן אונזער באבע, מיט וועמען די קינדער זענען געווען זייער נאנט, און כ'האב נישט געוואוסט ווי אזוי דאס מסביר זיין פאר זיי, זיי זענען 3 און 5 יאר אלט, פון ווען קען מען רעדן צו די קינדער וואס מיינט שטארבן? כ'וויל נישט זיי זאלן בלייבן מיט קאשמארן.


אויך קענט איר מיר אפשר שרייבן איבער די שייכות פון מיין רבי צו ברסלב, די שעות צעטלעך און זיין זאגן גמרא מאכט אים נאנט צו ברסלב, אויך האב איך געהערט נאכזאגן פון אייך אז אייער התקרבות צו מוהרא"ש איז געווען אמאל ביים וויזניצן רבינ'ס טיש, און אויך אז ער איז געשטאנען צו אייער זייט אז מ'זאל נישט ארויסקומען קעגן אייך ווען מ'האט געפירט א מחלוקת קעגן די ישיבה, אויב איר קענט מיר מער דערציילן דערוועגן.


יישר כח פאר אלעס.


חיים מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים מאיר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נָפְלָה עֲטֶרֶת רֹאשֵׁנוּ, אוֹי לָנוּ כִּי חָטָאנוּ; מיר דארפן וויינען צום אייבערשטן ווען א צדיק גייט אוועק פון דער וועלט.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן פה): "הַבּוֹכֶה וּמִתְאַבֵּל עַל אָדָם כָּשֵׁר, מוֹחֲלִין לוֹ עַל כָּל עֲווֹנוֹתָיו", אז א מענטש וויינט אויף אן ערליכער איד ווען ער גייט אוועק פון דער וועלט איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות; ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון דער וועלט מאכט מען זיך א חשבון הנפש, מען זעט וואס בלייבט פונעם מענטש - נאר תורה ותפילה, מצוות ומעשים טובים, דאס ברענגט אז מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד, איך וויל אויך לערנען יעדן טאג תורה, איך וויל אויך אכטונג געבן מקיים צו זיין אלע מצוות"; דאס זאגט דער רבי: "הַבּוֹכֶה וּמִתְאַבֵּל עַל אָדָם כָּשֵׁר, מוֹחֲלִין לוֹ עַל כָּל עֲווֹנוֹתָיו", דער וואס וויינט ווען אן ערליכער איד גייט אוועק פון דער וועלט; ער ווייינט אויף זיך, וואס וועט זיין מיט אונז? ווען וועלן מיר זיך שוין אויפהייבן פון אונזער בלאטע? ווען וועלן מיר שוין אפלאזן אלע נארישקייטן? דעמאלט איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף זיינע עבירות.


די רחמנות איז אויף אונז; אויף דעם צדיק איז נישט קיין רחמנות, ווייל ער גייט ארויף אויבן אין הימל און עס קומען אים אנקעגן אלע מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פון זיין תורה און תפילה אויף וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען אלע זיינע יארן, עס קומען אים אנקעגן אלע נשמות פון צדיקים, מען רופט אויס אין הימל: "מאכט פלאץ פאר די נשמה וואס האט כל ימיו געלערנט תורה, מאכט פלאץ פאר די נשמה וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער און האט אריין געברענגט תורה ביי אידישע קינדער, ער האט אריין געברענגט יראת שמים אין אידישע קינדער"; די רחמנות איז אויף אונז.


מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה ווי אזוי מיר קענען וויסן א סימן פון אן ערליכער איד, איך ברענג דיר אראפ דעם לשון: "נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא, אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק".


דער וויזניצער רבי זכותו יגן עלינו פלעגט פארלאנגען פון יעדן חסיד - פון גרויס ביז קליין - מען זאל לערנען די הייליגע תורה; ער האט פארלאנגט א שעות צעטל און יעדער חסיד האט זיך געדארפט פארשרייבן יעדן טאג וויפיל שעה ער לערנט, אזוי פלעגט ער זיי מחזק זיין צו לערנען די תורה. ער האט נישט געמאכט קיין אונטערשייד צווישן עשירים און ארימעלייט; ער האט קיינעם נישט גע'חנפ'עט, נאר יעדער האט געדארפט לערנען.


בנוגע רעדן צו קינדער פון שטארבן וכו'; עס איז נישט כדאי צו רעדן אין שטוב פון יום המיתה און זיכער נישט מיט קינדער. זע אריין צו ברענגען א פרייליכקייט אין שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:): "אֵין הַשְׁכִינָה שׁוֹרָה אֶלָּא מִתּוֹך שִׂמְחָה", דער אייבערשטער רוהט אין א פלאץ וואו מען פריידט זיך; אז דו וועסט פרייליך מאכן דיין ווייב און קינדער וועט זיין ביי דיר אין שטוב השראת השכינה און אז עס איז דא אין שטוב אן השראת השכינה איז שוין אלעס דא אין שטוב. אזוי אויך זאלסטו רעדן מיט זיי וואס א צדיק איז; פארצייל זיי מעשיות פון צדיקים, דאס וועט אריין ברענגען אין זיי א חשק צו וועלן ווערן א צדיק.


עס איז באוואוסט דער סיפור פונעם הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו אז ער האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד. מען הייבט אן טראכטן: "איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד", "איך וויל אויך זיין א צדיק", מען הייבט אן זינגען: "אוי טאטע, אוי פאטער - איך וויל זיין אן ערליכער איד"; "אוי טאטע, אוי פאטער - איך וויל זיין א גרויסער צדיק".


איך פלעג גיין זייער אסאך צום טיש פרייטאג צו נאכטס אלץ בחור און אויך אלץ אינגערמאן, אזוי אויך פלעג איך מיטהאלטן ביים מוצאי תשעה באב טיש דעם סיום הש"ס. אויך ווען מיין זיידע דער קארלסבורגער רב שליט"א פלעגט גיין באזוכן דעם וויזניצער רבי זי"ע פלעג איך שטענדיג מיט גיין.


ווען איך האב געעפענט די ישיבה איז אויף מיר אריבער גרויסע מחלוקת; מען האט געמאכט הפגנות און פארשפרייט כתבי פלסתר, מען האט איינגעגעבן מסירות וכו' וכו'. אזוי אויך איז מען דעמאלט ארום געגאנגען צו אלע רבנים אז מען זאל ארויס קומען מיט א קול קורא קעגן מיר; מען איז געזעצן טעג און וואכן ביים וויזניצער רבי, מען האט אים געמוטשעט ער זאל אונטער שרייבן קעגן די ישיבה, אבער געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט נישט געוואלט אונטערשרייבן (עס איז דא אסאך צו פארציילן, אבער אין כאן המקום להאריך).


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין דבוק אין אמת'ע צדיקים און גיין אין זייערע וועגן, ביז משיח וועט קומען און אונז אויסלייזן פון גלות, אמן.

#285 - איך קען נישט מיין טאטע, כ'דארף חיזוק צו רעדן צו אים
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין געשריבן אמאל פאר'ן ראש ישיבה אז מיינע עלטערן זענען שוין גע'גט פאר 11 יאר, איך בין אויפגעוואקסן ביי מיין מאמע, און בכלל נישט געקענט מיין טאטע.


דער ראש ישיבה האט מיר צוריק געשריבן אז איך דארף רעדן מיט ביידע עלטערן, דאס האט מיר זייער מחזק געווען און איך פרוביר דאס טאקע צו טון, איך דארף אבער נאך חיזוק אויף דעם, ס'איז מיר נאכאלץ שווער צו רעדן מיט דעם מענטש און טראכטן אז ער איז טאקע מיין טאטע.


יישר כח פאר אלע בריוו און שיעורים, איך האב זיך אויסגעלערנט אזויפיל גוטע זאכן וואס איך האב אין מיין לעבן קיינמאל נישט געוואוסט, נאר דער אייבערשטער קען אייך באצאלן.


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז געקומען א פרוי מיט איר זון א בחור צום גרויסן צדיק רבי ישראל אבוחצירא זכותו יגן עלינו (דער באבא סאלי), זי האט זיך אויסגעגאסן איר הארץ פאר אים: "מיין זון מאכט מיר צרות אין שטוב; ער שרייט אויף מיר, ער שלאגט מיר, איך האלט מער נישט אויס פון אים!" האט דער הייליגער באבא סאלי זי"ע אנגעהויבן צו וויינען: "איי איי איי ווען איך וואלט ווען געהאט א מאמע, וואס וואלט איך געטון פאר איר? איך וואלט געגאנגען שפאצירן מיט איר, איך וואלט געגאנגען איינקויפן פאר איר וואס זי דארף, איך וואלט איר מכבד געווען", אזוי האט ער געוויינט א לאנגע צייט; ער האט געוויינט מיט אזא תמימות ופשיטות אז דאס האט געמאכט א מורא'דיגע רושם אויף דעם בחור, ביז דער בחור האט אנגעהויבן מיט צו וויינען מיט אים. צום סוף האט ער צוגעזאגט אז ער גייט זיך אכטונג געבן און מער נישט מצער זיין די מאמע.


ווען מען הערט אזא מעשה דארפן מיר אלע מיט וויינען און זיך פרעגן: 'ווי אזוי פירן מיר זיך אויף צו אונזערע עלטערן?' און זיך פארנעמען אז מיר וועלן אכטונג געבן אויף אונזערע עלטערן, מיר וועלן זיי מכבד זיין און רעדן מיט זיי שיינערהייט.


דאס וואס דו זאגסט אז דו האסט נישט קיין געפיל צו רעדן מיט דיין טאטע ווייל שוין לאנגע יארן וואס דו האסט אים נישט געזען און נישט גערעדט מיט אים; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עד): "לִפְעָמִים אֵין לְהָאָדָם שׁוּם הִתְלַהֲבוּת בְּהַתְּפִלָּה", ווען א מענטש זעט אז ער האט נישט קיין שום חשק צו דאווענען דארף ער זיך מאכן א חשק און א ברען, אזוי ווי מען זעט אז א מענטש מאכט זיך ווי ער איז ברוגז, 'מען שניצט זיך א רוגז' און נאכדעם ווערט ער טאקע ברוגז, אזוי דארף מען זיך מאכן א חשק צו דאווענען. מען מאכט זיך ווי מען האלט דערביי און נאכדעם האלט מען שוין טאקע ביים דאווענען; פירט דער רבי אויס דעם שיחה: "וְעֵצָה זֹאת הִיא עֵצָה גְּדוֹלָה מְאֹד גַּם בְּכָל הַדְּבָרִים שֶׁבִּקְדֻשָּׁה, שֶׁבִּתְחִלָּה צְרִיכִין לַעֲשׂוֹת עַצְמוֹ כְּאִלּוּ הוּא לָהוּט אַחַר אוֹתוֹ הַדָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה וְאַחַר־כָּךְ זוֹכִין בֶּאֱמֶת לָזֶה. וְהָבֵן מְאֹד", דאס איז אן עצה פאר יעדע דבר שבקדושה, אין אנהייב דארף מען זיך מאכן א חשק אפילו מען האט באמת נישט קיין חשק, ביז מען איז זוכה צו שפירן א טעם אין די עבודה וואס מען טוט.


שטעל דיר פאר אז א מענטש וועט זאגן 'איך לייג נישט קיין תפילין ווי לאנג איך האב א געפיל דערצו'; עס איז נישט דא אזא זאך. מיר דארפן טון וואס דער אייבערשטער האט געהייסן - נישט קיין חילוק צי מען האט א געפיל צי מען האט נישט קיין געפיל. דאס זעלבע ווען עס קומט צו מכבד זיין טאטע מאמע דארף מען זיי מכבד זיין אפילו מען האט נישט קיין חשק צו דעם און עס קומט אן שווער. קודם מאכט מען זיך ווי מען וויל רעדן, מען מאכט זיך כאילו מען האט א געשמאק וכו', ביז דער אייבערשטער העלפט אז מען ווערט צוריק פאראייניגט מיט טאטע מאמע. וואויל איז פאר דעם וואס לייגט אוועק זיינע באקוועמליכקייטן כדי צו מכבד זיין זיינע עלטערן, אין דעם זכות וועט ער זוכה זיין צו זען נחת ביי זיינע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן גלות, פון מחלוקת און קריגערייען. משיח זאל שוין קומען און מאכן שלום אויף דער וועלט, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג, כג): "הִנֵּה אָנֹכִי שֹׁלֵחַ לָכֶם אֵת אֵלִיָּה הַנָּבִיא" וגו', "וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים וְלֵב בָּנִים עַל אֲבוֹתָם".

#284 - מיר האבן נישט פארשעמט דעם רבי'ן. און אפשר געבט איר אויך ענגליש שיעורים?
חסידות ברסלב, צדיקים, דרשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, איך לערן אין די ... סקול אין בארא פארק, איך מיט מיינע חבר'טעס הערן אויס די חיזוק יומי און די שיעורים, און דאס איז ממש אונזער לעבן. כאטש וואס מיר לערנען אין ... סקול, און רוב פון אונזערע עלטערן זענען ... חסידים, זענט איר אבער אונזער אמת'ער מנהיג און מורה דרך, אונזער אידישקייט קומט פון אייערע שיעורים.


מיר האבן א פראגראם אין סקול צו מאכן א פארשטעלונג פון יעדע לאנד, יעצט פאר פסח האט מען געדארפט מאכן פון די לאנד אוקריינע, און מיר האבן אויסגעקליבן צו מאכן וועגן ברסלב וואס געפונט זיך אוקריינע. עס איז גלייך אויפגעקומען אין געדאנק צו מאכן עפעס פון "נ נח", מיר האבן עס אבער אפגעווארפן, וויסנדיג ווי שטארק איר זענט קעגן דעם, ווי ווייט דאס פארשעמט ברסלב, וואס דאס איז אונזער גאנצע לעבן.


מיר האבן אויסגעקליבן צו מאכן א פארשטעלונג פון דעם ניגון הפצה וואס מ'האט לעצטנס געמאכט פון דעם א שיינעם קליפ, מיר האבן אנגעצינדען דעם קליפ, און מיר האבן אויפגעמאכט שיינע "מאשענס" צום ניגון, און ב"ה די פארשטעלונג איז געלונגען גאר שיין און יעדער האט זייער הנאה געהאט.


איך האב געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה קען זאגן שיעורים אויך אין ענגליש, אזוי ווי טייל פון מיינע חבר'טעס פארשטייען בעסער ענגליש ווי אידיש, און זיי דארפן אויך האבן חיזוק.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט פאר אונז, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר האט זיך אפגעהאלטן פון מאכן א פארשטעלונג פאר פורים ביי אייך אין סקול פון נ' נח', נאר אנשטאט דעם האט איר געמאכט א שפיל פון ברסלב ווי אזוי מען טיילט ספרים וכו'.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): "עס זענען דא מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און זייערע דיבורים זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך דערווייטערן פונעם צדיק"; בפרט די נייע אנשיקעניש פון 'נ-נח', וואס זיי זענען מבזה דעם רבי'ן אין אלע גאסן. מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב און זיי זענען גורם אז מענטשן זאלן נישט מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן.


מענטשן מיינען אז דאס איז א שפיל וכו', אבער דאס איז זייער א הארבע זאך און מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו גיין אנגעטון מיט בגדים וואס שטייען אויף דעם נ' נח' און נישט זינגען ניגונים פון נ' נח'.


דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין קיין שלעכטע נאמען אויפן צדיק; זייער אסאך עלטערן ווערן ברוגז אויף זייערע קינדער ווען זיי געפונען אויס אז די קינדער נעמען חיזוק פון ברסלב, ווייל זיי מיינען אז ברסלב איז א פלאץ פון משוגעים.


בנוגע ענגלישע שיעורים; מיר איז נישט גרינג צו רעדן אויף ענגליש ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו מען רעדט נאר אידיש. לעצטענס האב איך אנגעפאנגען געבן א שיעור יעדן טאג אין ישיבה אויף ענגליש פאר די בחורים וואס קענען נישט קיין אידיש, מען קען דאס הערן אויפן טעלעפאן ליין "קול ברסלב".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אלע זוכה זיין צו טרעפן שידוכים בקרוב בזכות וואס איר געבט אכטונג אויפן הייליגן רבי'ן אים נישט צו פארשעמען.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "הַמְבַזֶּה תַּלְמִיד-חָכָם, אֵין לוֹ רְפוּאָה לְמַכָּתוֹ", איינער וואס פארשעמט א תלמיד חכם איז נישט דא קיין רפואה פאר זיין עונש וואס ער גייט באקומען, איז דאך זיכער אז מדה טוב מרובה: "הַמְכַבֵּד צַדִּיקִים, אֵין מַחֲלָה שֶׁלֹא יִזְכֶּה עַל יְדֵי זֶה לִרְפוּאָה", איינער וואס איז מכבד צדיקים, ער געבט אכטונג מען זאל נישט פארשעמען צדיקי אמת, וועט ער זיכער ארויס גיין פון אלע קרענק, אמן.