שאלה אין קורצן ענין
#21 - מעג מען מעביר סדרה זיין ביינאכט?
שאלות, הלכה, מעביר סדרה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די וואונדערליכע וועג פון מעביר סדרה זיין די פרשה במשך די וואך, זונטאג ביז שני און מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אין דעם זכות גיי איך יעצט ענדיגן מעביר סדרה זיין די גאנצע תורה שנים מקרא ואחד תרגום צום ערשטן מאל אין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי אין די ווינטער חדשים איז מיר אביסל שווער מעביר סדרה צו זיין בייטאג, ווייל איך ארבעט רוב טאג, אויב מעג מען מעביר סדרה זיין ביינאכט, אדער מוז איך זיך אנשטרענגען און מעביר סדרה זיין דוקא בייטאג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב מען איז מעביר סדרה מיט רש"י קען מען לערנען חומש מיט'ן תרגום אפילו ביינאכט, אבער חומש אליינס האט דער הייליגער אריז"ל מקפיד געווען מען זאל נישט לערנען ביינאכט (שער המצוות, פרשת ואתחנן).


זיי שטארק מיט מעביר סדרה זיין; במשך די אלע יארן וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו הערן די ליל שישי שיעורים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, געדענק איך נישט איין וואך וואס מוהרא"ש זאל נישט רעדן פון די מצוה פון מעביר סדרה זיין. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חר'ן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַב הוּנָא בַּר יְהוּדָה אָמַר רַבִּי אַמִּי, לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגּוּם, שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִים לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו"; און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רפה) אז יעדער מענטש איז מחויב צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה צוויי מאל חומש און איין מאל תרגום, און ווער עס איז מעביר סדרה איז זוכה צו אריכות ימים ושנים; דאס איז די בעסטע סגולה צו א גוט לעבן, און דאס ראטעוועט א מענטש פון אלעם שלעכטס.


מוהרא"ש פלעגט אונז בעטן מיר זאלן שוין אנהייבן אנהייב וואך טון די מצוה, אפילו דער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים, שער הנהגת הלימוד [ע' שנז]) מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת; אבער א מענטש טאר זיך נישט נארן, מען דארף קוקן צי מען טוט טאקע יעדע וואך אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, ווי דער שלחן ערוך פסק'נט (שם, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין און די משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.


מוהרא"ש זאגט די סיבה פארוואס מען איז מזלזל אין דעם מצוה, ווייל מענטשן זוכן שלימות, מען וויל מקיים זיין די מצוה אזוי ווי דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט - מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת, און וויבאלד עס איז זייער שווער פאר רוב מענטשן מעביר סדרה זיין ערב שבת, בפרט ווינטער ווען דער זמן איז זייער פרי, דערפאר זענען מענטשן נישט מעביר סדרה און מען איז מזלזל אין דעם, אבער אז מען גייט מיט'ן שלחן ערוך, מען הייבט אן פון זונטאג, דעמאלט איז מען זוכה צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום וואס דאס איז אויך בכלל מצוה מן המובחר, אזוי ווי די משנה ברורה (שם) ברענגט אראפ פון ספר מטה יהודה: "אִם הוּא קוֹרֵא מִתְּחִלַּת הַשָּׁבוּעַ וְהָלְאָה, הוּא גַם כֵּן בִּכְלָל מִצְוָה מִן הַמֻּבְחָר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - דארף מען מפסיק זיין אינמיטן תיקון הכללי צו ענטפערן דברים שבקדושה?
הלכה, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט מיר אויס צומאל אז אינמיטן זאגן תיקון הכללי, הער איך קדיש, קדושה, אדער א ברכה, און דאס גלייכן. וויל איך וויסן אויב מ'דארף מפסיק זיין און מיטזאגן אדער ענטפערן אמן? און אויב יא אויב דאס איז א פראבלעם פאר'ן תיקון הכללי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי איז בעסער ווען מען זאגט די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי אין איין צי אן קיין הפסק [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ]; דעריבער זאגן אנשי שלומינו די צען קאפיטלעך תהילים אינאיינעם גלייך נאך תפילת שחרית, כדי מען זאל נישט געשטערט ווערן פון קדיש, ברכו און קדושה, אבער אז מען הערט קדיש, ברכו און קדושה אינמיטן זאגן די צען קאפיטלעך דארף מען ענטפערן וכו'.


די בעסטע וועג איז מען זאל זוכן א פלאץ וואו מען דאווענט נישט, וואו מען וועט נישט געשטערט ווערן ביז'ן ענדיגן די צען קאפיטלעך תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - קען מען יוצא זיין לימוד הלכה מיט'ן לערנען קיצור שלחן ערוך?
לימוד התורה, שלום בית, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין א שטיק צייט צוריק האט מיר דער ראש ישיבה געשריבן וועגן לערנען שלחן ערוך על הסדר, איך בין אבער נאכנישט אנגעקומען צו דעם, האב איך געוואלט פרעגן וואס דער ראש ישיבה האלט לגבי דעם אז איך זאל אנהייבן מיט קיצור שולחן ערוך וואס איז מחולק לויט די טעג און יאר, און ענדיגן איינמאל ביז'ן סוף, וואס דאס וועט מיר זיין אסאך גרינגער כמובן, צי קען מען מיט דעם אויך יוצא זיין בדיעבד דאס וואס דער רבי האט געוואלט אז מען זאל לערנען שלחן ערוך יעדן טאג? ובפרט אז מיין ווייב וויל אויך איך זאל מיט איר לערנען הלכות.


איך ווארט זייער צו זען דעם ראש ישיבה דא אין ארץ ישראל בקרוב ממש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען יוצא זיין מיט דעם - נישט נאר בדיעבד, נאר אפילו לכתחילה.


דער רבי וויל מיר זאלן לערנען הלכה. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים וְלֹא יַעֲבֹר", יעדער איד דארף לערנען יעדן טאג חק ולא יעבור שלחן ערוך, "וְאַף אִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף 'שֻׁלְחָן עָרוּךְ' בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא", אפילו מען האט נישט קיין צייט, מען איז אן אונס - דאך זאל מען לערנען כאטש איין סעיף שלחן ערוך, "אֲפִילּוּ שֶׁלּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אפילו ער האלט אין אן אנדערע פלאץ, "כִּי צָרִיךְ לִלְמד אֵיזֶה דִּין בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל יעדער איד מוז לערנען יעדן טאג אין זיין לעבן שלחן ערוך - זאל זיין וואס זאל זיין, "וּכְשֶׁאֵינוֹ אָנוּס יִלְמַד כְּסֵדֶר כָּל הָאַרְבָּעָה שֻׁלְחָן עָרוּךְ מִדֵּי יוֹם בְּיוֹמוֹ", און ווען מען איז נישט קיין אונס, מען קען לערנען געהעריג - זאל מען לערנען אין א רייע יעדן טאג אביסל, ביז מען וועט ענדיגן גאנץ שלחן ערוך, "וּכְשֶׁיִּגְמֹר וִיסַיֵּם הָאַרְבָּעָה שֻׁלְחָן עָרוּךְ יַחֲזֹר וְיַתְחִיל לְלָמְדָם כְּסֵדֶר, וְכֵן יִנְהַג כָּל יְמֵי חַיָּיו", און נאכדעם זאל מען אנהייבן נאכאמאל שלחן ערוך, אזוי זאל מען זיך פירן א גאנץ לעבן.


עס איז זייער א וויכטיגע זאך צו לערנען יעדן טאג הלכה, עס איז א גרויסער תיקון פאר אלעס וואס מען דארף פאררעכטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "וְהוּא תִּקּוּן גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד", עס איז א זייער א גרויסער תיקון צו לערנען הלכה. דער רבי זאגט: "אִם יָכוֹל לִלְמֹד כָּל הָאַרְבָּעָה שֻׁלְחָן עָרוּךְ עִם כָּל הַפֵּרוּשִׁים הַגְּדוֹלִים מַה טוֹב", אויב קען מען לערנען שלחן ערוך מיט אלע פרושים איז זייער גוט, "וְאִם לָאו עַל כָּל פָּנִים יִלְמַד כָּל הָאַרְבָּעָה שֻׁלְחָן עָרוּךְ הַקְּטַנִּים", און אויב קען מען נישט, זאל מען לערנען מחבר און רמ"א צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


זייער גוט טוסטו אז דו לערנסט אביסל הלכה מיט דיין ווייב, אזוי וועט איר וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; איר וועט קענען היטן די תורה אזוי ווי עס דארף צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#18 - וואס איז דער גדר פון "קדש עצמך במותר לך"?
קדושה, הלכה, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין געלערנט אסאך פסוקים תנ"ך, אסאך פרקים משניות, אסאך בלעטער גמרא, און אסאך סימנים אין שלחן ערוך, און אסאך זיך אויסגערעדט צום אייבערשטן, אין זכות פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געזען דעם בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געענטפערט איבער וואס איז די ריכטיגע וועג צו לערנען מיט חתנים, און דער ראש ישיבה שרייבט דארט אז די וועג איז צו לערנען נאר די הלכות פון שלחן ערוך, און נישט צולייגן קיין חומרות ופרישות.


איך בין אבער נאכאלץ צעמישט, ווייל אין שלחן ערוך אליין זעט מען אויך אז מ'דארף זיך הייליגן אפילו מיט זאכן וואס מ'מעג, "ואף על פי שמותר בכל אלה, כל המקדש עצמו במותר לו קדוש יאמרו לו", און אזוי זעט מען אויף עטליכע פלעצער אין שלחן ערוך אז מ'דארף זיך יא הייליגן און נישט טון אלעס וואס מ'מעג.


ס'איז נישט אז איך בין אינגאנצן אויסגעטון פון די וועלט, איך וויל אבער יא וויסן קלאר וואס איז די אידישע השקפה, ווי אזוי א איד דארף זיך פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער שווער צו שרייבן פון דברים של בינו לבינה ווייל די בריוו קומען אן איבעראל; אלע ליינען די בריוון, דערפאר קען מען נישט שרייבן, אבער בדרך רמז קען מען אביסל שרייבן, בבחינת (משלי ט, ט): "תֵּן לְחָכָם וְיֶחְכַּם עוֹד".


דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות כ.): "קַדֵּשׁ עַצְמְךָ בַּמֻּתָּר לָךְ", מיינט מען צו זאגן פארקערט, אז א מענטש זאל זיך הייליגן צוזאמען מיט זיין ווייב כדי ער זאל נישט אראפפאלן אין ביטערע עבירות. אזוי זאגט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה (ליקוטי הלכות יום הכיפורים הלכה א, אות א): "מִי שֶׁאֵינוֹ נָשׂוּי הוּא פָּגוּם בִּבְרִית", ווער עס האט נישט חתונה, ער לעבט אליינס – דער איז פגום בברית; דעריבער האט דער רבי זייער מקפיד געווען אז מען זאל נישט קומען צו אים פאר די חתונה, דער רבי פלעגט זאגן פאר בחורים: "זאלסט צוריק קומען מיט א טלית"; ווייל נאר מיט א ווייב קען מען זיין הייליג און געראטעוועט ווערן פון עבירות.


עס איז דא אסאך צו שרייבן אין דעם ענין, עס איז אבער פארשטענדליך אז עס איז נישט שייך צו שרייבן בפרטיות; נאר דאס דארף מען וויסן אז די אלע וואס פאלן אריין אין ביטערע עבירות קומט דאס נאר ווייל מען האט זיי געלערנט חומרות יתירות, די מדריכים לערנען זיי אויס צו זיין אפגעשיידט וכו' וכו', ממילא דארפן זיי נאכדעם גיין זוכן עבירות רחמנא לצלן.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג דערציילן פון הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכר צדיק לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"), ער פאר זיך איז געווען גענצליך מובדל ומופרש פון די וועלט, מיט דעם אלעם ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות בענינים שבינו לבינה וכו', פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן צו היטן הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות טהרה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער נישט צולייגן קיין שום פרישות, נאר ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו' און אין די אנדערע טעג זאל מען היטן אלע הלכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - וואס איז יא די ריכטיגע וועג צו לערנען מיט חתנים?
הדרכות, הלכה, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן בכפל כפלים.


איך האב געהערט א שיעור ווי איר רעדט זייער שארף קעגן די חתן מדריכים. איך האב געהאט א שטארקע חשק צו ווערן א חתן מדריך, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א געבן א שיעור פאר חתן מדריכים, און אויסלערנען וואס איז יא די ריכטיגע וועג ווי אזוי צו לערנען מיט חתנים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מוהרא"ש האט מיר געבעטן איך זאל לערנען מיט חתנים - זיי אנגרייטן פאר'ן לעבן, האב איך געפרעגט מוהרא"ש: "איך דארף דאך האבן הדרכה צו וויסן וואס צו לערנען מיט זיי", האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "איך געב דיר הדרכה, זאלסט לערנען מיט חתנים וואס שטייט אין שלחן ערוך און חס ושלום צולייגן אדער אראפנעמען פון דעם".


דאס זעלבע איז ביי דיר; אז דו ווילסט לערנען מיט חתנים - זיי אנגרייטן פאר'ן לעבן זאלסטו מיט זיי לערנען וואס שטייט אין שלחן ערוך און חס ושלום צולייגן אדער אראפנעמען פון דעם, ווייל אז מען נעמט אראפ פון שלחן ערוך אדער מען לייגט צו - איז דאס גורם אז מען זאל אפלאזן די וועג פון די תורה.


זאלסט נישט לערנען מיט זיי קיין חומרות ופרישות ווייל דאס איז גורם אז מען זאל אלעס אפלאזן השם ישמרינו; דער הייליגער ווילנער גאון זכותו יגן עלינו זאגט: "אז מען לייגט צו צום שלחן ערוך ווערט מען א פורק עול; דער אייבערשטער האט אונז געגעבן תרי"ג מצוות, איינמאל מען לייגט צו נאך איין זאך, ווערט פון תרי"ג מצוות תרי"ד - תָּרִיד, דאס איז מרומז אינעם פסוק וואס שטייט (בראשית כז, מ): 'וְהָיָה כַּאֲשֶׁר 'תָּרִיד' - וּפָרַקְתָּ עֻלּוֹ', אז מען לייגט צו ווערט מען א פורק עול".


ליידער זענען דא חתנים מדריכים וואס לערנען מיט חתנים פאלשע לימודים, מען לערנט אויס עבודות און פרישות וכו', וכו'; דאס איז גורם אז אינגעלייט זאלן זיך צעטיילן, עס ווערן פון דעם גט'ן, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין עבירות רחמנא לצלן. אז דו ווילסט לערנען מיט חתנים זאלסטו לערנען מיט זיי די וועג פון די תורה, זאלסט גארנישט צולייגן צום שלחן ערוך, ווייל ביים רבי'ן איז געווען נאר וואס דער שלחן ערוך זאגט, און ווער עס לייגט צו צום שלחן ערוך, ער וויל זיין פרומער פון די תורה - איז אזוי ווי דער נחש הקדמוני, וואס קודם לייגט מען צו צום ציווי וואס דער אייבערשטער האט געזאגט (בראשית ג, ג): "לֹא תֹאכְלוּ מִמֶּנּוּ", דער אייבערשטער האט געזאגט מען זאל נישט עסן, און דער נחש האט געשטעלט א פנים ווי א 'פרומער' און צוגעלייגט: 'לֹא תִגְּעוּ בּוֹ', און דערנאך אראפ געווארפן אדם וחוה, וואס פון דעם איז ארויסקומען אלע שלעכטס.


וואס דארף מען מער ווי זיין א פשוט'ער איד? עס איז דאך אזוי גוט אז מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, מען לעבט מיט די תורה; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "איך בין צוגעקומען צו אלע מיינע מדריגות נאר ווייל איך האב זיך געפירט בתמימות ובפשיטות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#16 - ווי אזוי לערנט מען שלחן ערוך אויפ'ן סדר דרך הלימוד?
הלכה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון די דרשות, ובפרט יעצט ווען איך לערן שוין א שטיק צייט אויפ'ן סדר דרך הלימוד, איך בין מעביר סדרה יעדן טאג, און שוין געענדיגט עטליכע מסכתות הש"ס, א גרויסן יישר כח.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי מ'לערנט שלחן ערוך אויפ'ן סדר דרך הלימוד, יעצט וויל איך לערנען הלכות פסח, און איך ווייס נישט אויב איך זאל לערנען בלויז מחבר רמ"א, אדער מיט משנה ברורה, אדער נאר מיט באר היטב, ווייל איך האב נישט צופיל צייט פאר דעם.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר,


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל לערנען שלחן ערוך יעדן טאג, אזוי ווי ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן  כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים וְלֹא יַעֲבֹר, וְאַף אִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף 'שֻׁלְחָן עָרוּךְ' בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלֹּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ, כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", יעדער איד דארף לערנען יעדן טאג שלחן ערוך חק ולא יעבור, אפילו מען האט נישט קיין צייט מען איז אן אונס, דאך זאל מען לערנען א סעיף אין שלחן ערוך אפילו שלא כסדרן, ווייל יעדער איד מוז לערנען יעדן טאג פון זיין לעבן שלחן ערוך - זאל זיין וואס זאל זיין, "וּכְשֶׁאֵינוֹ אָנוּס יִלְמַד כְּסֵדֶר כָּל הָאַרְבָּעָה 'שֻׁלְחָן עָרוּךְ' מִדֵּי יוֹם בְּיוֹמוֹ, וּכְשֶׁיִּגְמֹר וִיסַיֵּם הָאַרְבָּעָה 'שֻׁלְחָן עָרוּךְ' יַחֲזֹר וְיַתְחִיל לְלָמְדָם כְּסֵדֶר, וְכֵן יִנְהַג כָּל יְמֵי חַיָּיו", און ווען ער איז נישט קיין אונס זאל ער זען צו לערנען אויף א סדר, יעדן טאג אביסל, ביז ער וועט ענדיגן גאנץ שלחן ערוך, און נאכדעם זאל ער אנהייבן נאכאמאל שלחן ערוך. אזוי זאל מען זיך פירן א גאנץ לעבן.


עס איז כדאי צו האבן צוויי שיעורים אין שלחן ערוך; דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן צוויי שיעורים אין הלכה, איין שיעור אין שלחן ערוך הקטנים - דאס איז "מחבר און רמ"א", און נאכדעם נאך א שיעור אין שלחן ערוך הגדולים - א שיעור אין שלחן ערוך מיט אלע פוסקים וואס זענען געדרוקט ארום דעם שלחן ערוך: טורי זהב, מגן אברהם וכו'. מאך זיך צוויי שיעורים, איין שיעור מחבר רמ"א; אנשי שלומינו פירן זיך צו לערנען יעדן טאג מיט טלית ותפילין דרבינו תם אביסל הלכה, דאס פלעגט זיין דער סימן פון א ברסלב'ער חסיד – אז ער האלט אין טלית בייטל א קליינעם 'שלחן ערוך'. די אנדערע שיעור זאלסטו לערנען לויט'ן סדר אין שלחן ערוך מיט אלע נושאי כלים ביז הלכה למעשה, און פאר א יום טוב זאלסטו לערנען די הלכות פונעם יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#15 - קענט איר מיר מחזק זיין אויף הלכות הרחקות?
שלום בית, קדושה, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק און די שיינע דרשות, פאר אלע עצות אין לעבן, איך מיט מיין ווייב זענען זיך מורא'דיג מחיה דערמיט.


איך שעם זיך צו פרעגן, אבער מיר דארפן התחזקות זיך צו האלטן שטארק מיט די הלכות הרחקות. מיר בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן זיך האלטן שטארק אין ביישטיין די נסיונות, אבער ס'איז אונז זייער שווער.


מיר ווילן זיין ערליך, און מיר ווילן האבן ערליכע קינדער, אבער מיר דארפן התחזקות אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איר זענט מזלזל אין די הלכות ווייל איר ווייסט נישט דאס הארבקייט פון נישט היטן די הלכות און דער עונש וואס מען באקומט אויב מען היט נישט הלכות הרחקות.


אליהו הנביא האט דערציילט (שבת יג): עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטראבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי האט אנגעהויבן ארום לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): "כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ", ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג, און קיינער האט נישט געוויסט וואס איר צו ענטפערן, איינמאל – דערציילט אליהו הנביא - בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: "אוודאי האבן מיר געהאלטן טהרת המשפחה", האט איר אליהו הנביא אויסגעפרעגט פונקטליך צי זי האט געהיטן אויף אלע הלכות הרחקות, ביז זי האט מודה געווען אז איר מאן האט נישט אכטונג געגעבן אויף הרחקות; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'ט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב", זעט מען פון דעם אויב מען היט נישט די הרחקות באקומט מען א עונש אז מען שטארבט יונגערהייט.


מאך זיך א שיעור צו איבער חזר'ן די הלכות הרחקות; מוהרא"ש פלעגט כסדר מעורר זיין די אינגעלייט זיי זאלן לערנען הלכות טהרה אן א שיעור מאל, היות דער הייליגער צדיק רבי אורי מסטרעליסק זכותו יגן עלינו האט גע'חזר'ט הלכות טהרה איבער טויזנט מאל; פלעגט מוהרא"ש זאגן: "אז דער הייליגער צדיק, וואס איז געווען מובדל ומופרש פון די וועלט, ווי מען האט אים גערופן 'דער שרף פון סטרעליסק' האט איבער גע'חזר'ט טויזנט מאל הלכות טהרה, וואס זאלן מיר זאגן?"


אז מען היט אפ די הלכות האט מען נחת פון די קינדער, ווידער אויב מען שפילט זיך ארום מיט די הלכות, מען איז מזלזל אין דעם, באקומט מען א שטראף אז די קינדער ווערן געבוירן נישט געזונט חס ושלום, מען מוטשעט זיך נאכדעם א גאנץ לעבן. זאלט איר פון יעצט אנהייבן היטן די הלכות, מדקדק זיין אויף יעדע סעיף אין שלחן ערוך אויף יעדע הרחקה, וועסטו ניצול ווערן פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - רעדן צום אייבערשטן איז א הפסק?
תפילה והתבודדות, הלכה, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, חיזוק, און עצות, איך בין זיך ממש מחיה מיט דעם, עס געבט מיר כח אנצוגיין אין לעבן און זיין נאנט צום באשעפער מיט שמחה און געשמאק. בפרט די עצה פון רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס דאס האלט מיר ממש ביים לעבן, איך רעד צו אים ווען איך קען, ספעציעל ווען איך גיי אויפ'ן גאס און אויך ביי שמונה עשרה נאך יהיו לרצון.


דעם פארגאנגענעם ראש השנה ביי מוסף האב איך זיך געטראפן רעדן צום אייבערשטן, אבער איך האב אנגעהויבן טראכטן אויב דאס איז אויסגעהאלטן, ווייל מ'טאר דאך נישט מפסיק זיין צווישן די תקיעות, וויל איך וויסן אויב דאס הייסט טאקע אן הפסק.


אויך ווען מ'האט געזאגט יוצרות, האב איך גערעדט צום אייבערשטן אויף אידיש, איך ווייס נישט אויב דאס איז אויסגעהאלטן, אבער איך האב געשפירט מער א געשמאק צו רעדן פון מיין הארץ צום אייבערשטן, ווי צו זאגן די יוצרות וואס איך פארשטיי געווענליך נישט די טייטש פון דעם.


וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ב' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו פירסט זיך מיט די עצה פון רבי'ן, דו ביסט זיך מתבודד סיי אויפ'ן גאס און סיי ביים דאווענען. אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט, מיר זאלן א גאנצן טאג רעדן צום אייבערשטן; פון ווען מיר שטייען אויף אינדערפרי ביז ווען מיר גייען שלאפן - זאלן מיר שמועסן מיטן אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט (שבחי הר"ן, סימן י) ער איז צו געקומען צו זיינע מדריגות נאר דורך די עצה פון התבודדות; נאך האט דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה; ק) ער האט געהערט פון אסאך צדיקים אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך התבודדות, ווייל מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן התבודדות; ווען דער רבי האט דאס געזאגט, אז מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן התבודדות, זענען דארט געשטאנען אנשי שלומינו און האבן אנגעפאנגען אויסצורעכענען נעמען פון צדיקים, האט דער רבי געזאגט אויף יעדן נאמען וואס זיי האבן אויסגערעכנט, אז אלע פון זיי האבן אים בפירוש געזאגט אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן.


רעדן צום אייבערשטן איז נישט קיין הפסק; אפילו דארט וואו מען טאר נישט מפסיק זיין מיינט מען נישט מפסיק זיין מיט'ן רעדן צום אייבערשטן, מען מיינט שמועסן און רעדן צו מענטשן וכו', אבער צום אייבערשטן קען מען און מוז מען רעדן וואו אימער מען געפונט זיך; אזוי האבן זיך געפירט גרויסע צדיקים זכותם יגן עלינו, זייער דאווענען איז געווען איין שטיק התבודדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - מיין שכן טוט זאכן וואס שטערן מיר, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה מיט אים?
הלכה, שכנים, בית דין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שכן וואס האט לעצטנס געקויפט א הויז, וואס איז באהאפטן צו מיין הויז, און למעשה האט ער אנגעהויבן טוען אומלעגאלע זאכן וואס שטערן מיר זייער. ער האט ארויסגעבויעט אין פארנט מער ווי ערלויבט, אויך האט ער געלייגן פון הונטן אן עירקאנדישאן וואס בלאזט אריין די הייסע לופט צו די הויף הונטער מיין הויז.


מיין שאלה איז צו איך מעג אים עפעס זאגן דערוועגן, אדער זאל איך ענדערש פרובירן צו פארמיידן מחלוקת און אים גארנישט זאגן, כאטש וואס מיין ווייב איז זייער נישט צופרידן אז איך רוף זיך גארנישט אן וועגן דעם.


וואס איז די ריכטיגע וועג צו האנדלען אין אזא מצב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו האסט א טענה אויף דיין שכן, ווי למשל אז ער האט געלייגט זיין עירקאנדישן מאשין נעבן דיין שטוב וכו', זאלסטו גיין מיט אים צו א רב און דער רב זאל פסק'נען א דין תורה וואס די הלכה איז.


מענטשן האבן א טעות, מען קוקט אן דאס גיין צו א דין תורה ווי א מחלוקת; אבער דער אמת איז אז ווען מען גייט צו א רב הערן וואס די הלכה איז, איז דאס נישט קיין מחלוקת. מחלוקת איז ווען מען קריגט זיך איינער מיט'ן צווייטן און מען פסק'נט זיך אליינס שלא על פי תורה.


דעריבער אז דו האסט טענות אויף דיין שכן וכו', זאלסטו גיין צו דיין רב און עס דורכשמועסן מיט אים; עס קען גאר זיין אז דיינע טענות זענען בכלל נישט אויסגעהאלטן, אפשר לאזט אים די תורה לייגן דעם עירקאנדישן דארט וואו ער האט דאס געלייגט און דו עסט זיך אויף פאר גארנישט און פאר נישט.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן א גוטע אויג, דו זאלסט האבן די גוטע מדה פון "עין טוב", אז עס זאל דיר נישט אנגיין ווען דיינע שכנים בויען ארויס בשעת עס שטערט דיר נישט וכו'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ט): "צְאוּ וּרְאוּ אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיִּדְבַּק בָּהּ הָאָדָם", וואס איז א גוטע מידה וואס דער מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו לעבן מיט דעם? "רֶבִּי אֱלִיעֶזֶר אוֹמֵר, עַיִן טוֹבָה", רבי אליעזר זאגט א גוט אויג; שטענדיג קוקן גוט אויף יעדעם איינעם.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נד) אז משיח וועט אריין ברענגען די זאך פון קוקן גוט אויף א צווייטן, אזוי ווי עס שטייט ביי דוד המלך (שמואל א טז, יב): "יְפֵה עֵינַיִם וְטוֹב רֹאִי", ער האט געהאט שיינע אויגן און א גוטע קוק; עס איז א שלעכטיקייט פון מענטשן וואס שטערן זייערע שכנים ארויסצובויען ווען עס נעמט גארנישט צו פון זיי.


א שאד זיך אויפצועסן און זיך פיינט האבן ווען מען קען לעבן בשלום על פי תורה.

#12 - מעג א פרוי גיין אויף א בית החיים?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט אסאך די שיעורים און חיזוק, און איך בין זייער מחיה מיט דעם.


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך איבער די גרויסקייט פון גיין צו א ציון פון א צדיק און זיך דארט אויסבעטן, און איך פרובירט טאקע צו גיין אסאך. מיין שאלה איז אבער אזוי ווי איך ווארט יעצט ב"ה וכו', און כדאי אנצוקומען צום ציון פון צדיק דארף מען דורכגיין א גרויס טייל פונעם בית החיים, און ווי איך ווייס פירט מען זיך אז א פרוי וואס ווארט וכו' גייט נישט אין א בית החיים, וויל איך וויסן אויב איך מעג דורכגיין דעם בית החיים אנצוקומען צום ציון פון א צדיק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע צי פרויען מעגן גיין אויף א בית החיים וכו'.


עס זענען דא וואס זענען שטענדיג זייער מקפיד אויף דעם אז פרויען זאלן בכלל נישט גיין אויף א בית החיים - בפרט אין די נישט ריינע וכו', וואדעראום זענען דא וואס זענען נאר מקפיד נישט צו גיין אין די טעג וואס מען ווארט וכו'. אין ברסלב איז דער מנהג אז פרויען גייען צו קברי צדיקים אלע טאג און אין אלע צייטן וכו', אזוי ווי דעם רבינ'ס מאמע די גרויסע צדיקת פיגא עליה השלום האט זיך געפירט, אז פאר דער הייליגע רבי איז געבוירן געווארן, ווען זי האט געווארט וכו', פלעגט זי גיין כסדר צום ציון פון איר זיידע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, זי פלעג דארט וויינען ביים ציון אז דאס קינד וואס זי ווארט זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק. זי פלעגט זיך פארזוימען ביים ציון פון הייליגן בעל שם טוב מיט תפילות און מייחד זיין שמות און יחודים (עיין בספר פעלת הצדיק, סימן יט). דעריבער דארפט איר זיך נישט צוריק האלטן צו גיין מתפלל זיין פאר אייך, פאר אייערע קינדער און פאר דאס קינד אז זיי זאלן אויסוואקסן גרויסע צדיקים - אפילו איר דארפט אריבער גיין דעם בית החיים ביז איר קומט אן צום ציון פונעם צדיק, ווייל די תפילות וואס א מאמע בעט פאר אירע קינדער בפרט ביי קברי צדיקים איז זייער חשוב אין הימל, יעדע תפילה גייט ארויף אויבן אין הימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - מעג מען עסן א קענדי פאר קידוש אדער הבדלה?
שבת קודש, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים. איך האב היינט געהערט אין א גמרא שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די הארבקייט פון עסן פאר הבדלה, אז מ'באקומט א מחלה אין די האלז רחמנא ליצלן. האב איך געוואלט פרעגן אויב א [ricola] קענדי מעג מען יא, ווייל אסאך מאל קומט אויס אז איך דארף ווארטן זייער לאנג ביז איך קען הערן הבדלה. און די זעלבע וויל איך וויסן אויב מ'מעג נעמען א קענדי אין מויל פרייטאג צו נאכטס פאר קידוש, אויב מ'דארף ווארטן א לאנגע צייט.


יישר כח, נישטא גענוג ווערטער צו באדאנקען פאר אלע שיעורים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פאר קידוש טאר מען נישט עסן, אויך טאר מען נישט טרינקען - אפילו וואסער (שלחן ערוך אורח חיים סימן רע"א, סעיף ד), אזוי אויך טאר מען נישט עסן פאר מען מאכט הבדלה (שם סימן רצ"ט, סעיף א).


אז דו ביסט הונגעריג פרייטאג צו נאכטס זאלסטו גלייך אהיים גיין מאכן די סעודה, אזוי ווי דער שלחן ערוך פסק'נט (שם סימן רע"א, סעיף א): "כְּשֶׁיָּבֹא לְבֵיתוֹ יְמַהֵר לֶאֱכֹל מִיָּד", שבת ביינאכט דארף מען גלייך אהיים גיין מאכן די סעודה; אנשטאט שמועסן אין שול פון דברים של מה בכך, גיי אהיים שמועס מיט דיין ווייב און קינדער פון די סדרה, פון צדיקים; פארצייל זיי מעשיות פון תפילה.


אזוי אויך מוצאי שבת זאלסטו נישט עסן גארנישט פאר הבדלה, עס ווערט געברענגט פון אריז"ל (עיין בליקוטי מהרי"ח סדר הבדלה מוצאי שבת; כף החיים סימן רצ"ט סעיף קטן ו) אז אפילו וואסער זאל מען נישט טרינקען פאר הבדלה.


עס איז זייער וויכטיג זיך צו מאכן א שיעור אין הלכה כדי מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", און אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען כאטשיג איין הלכה אפילו נישט כסדרן מען ער האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ"שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


הלכה איז געווען ביים רבי'ן דער וויכטיגסטער שיעור. דער רבי האט געזאגט (שם) אז הלכה קומט פאר אלע אנדערע שיעורים, "כִּי עַל יְדֵי חֲטָאִים נִתְעָרֵב טוֹב וָרַע", ווייל דורכדעם וואס א מענטש זינדיגט מישט ער אויס גוטס מיט שלעכטס; ער ווייסט נישט וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, אויף שלעכטס זאגט ער אז דאס איז טוב, און אויף גוטס זאגט ער אז דאס איז רע; די עצה אויף דעם איז, צו לערנען הלכה, "וְעַל יְדֵי לִמּוּד פּוֹסֵק, שֶׁמְּבָרֵר הַכָּשֵׁר וְהַפָּסוּל הַמֻּתָּר וְהָאָסוּר הַטָּהוֹר וְהַטָּמֵא, עַל יְדֵי זֶה נִתְבָּרֵר וְנִפְרַשׁ הַטּוֹב מִן הָרָע", ווייל ווען מען לערנט הלכה זעט מען גלייך וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, וואס מעג מען טון און וואס טאר מען נישט טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - איך מוטשע זיך מיט ספיקות אין הלכה שאלות, וואס איז די עצה?
חיזוק פאר פרויען, שאלות, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די דרשות וואס געבט מיר אסאך חיזוק, ספעציעל ווען איר רעדט פון תפלה.


איך בין א מאמע פון קליינע קינדער, און איך מוטשע זיך מיט אסאך ענקזייעטי אין הלכה, בעיקר אין בין אדם לחבירו און אין בשר בחלב. איך טראכט א גאנצן צייט אפשר האב איך איינעם געזאגט א ווארט וואס האט יענעם געטשעפעט, אפשר האב איך אמאל גערעדט לשון הרע, און ס'פייניגט מיר כסדר אז איך דארף יעדן איבערבעטן. און אויך אין קאך האב איך אלץ מורא אז אפשר טויג עפעס נישט מיט די טעפ, איך שפיר קיינמאל נישט זיכער אז ס'האט זיך נישט אפשר אויסגעמישט עפעס מילכיגס און פליישיגס.


אפשר האט איר פאר מיר אן עצה אדער א תפלה וואס וועט מיר העלפן?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען מען האט א שאלה אין סיי וואספארא נושא - צי אין קאך מיט בשר בחלב, אדער אין הלכות טהרה וכו' דארף מען פרעגן א דיין. און אז דער דיין זאגט אז דאס איז גוט דארף מען וויסן אז דאס איז גוט, עס עקזעסטירט נישט קיין איבער קלערן און איבער טראכטן, ווייל ווי אזוי דער דיין פסק'ענט אזוי איז דער הלכה.


ווען עס קומט צו פרעגן א שאלה טאר מען זיך נישט שעמען; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא הַבַּיְּשָׁן לָמֵד"; יעדע שאלה וואס מען האט - סיי אין הלכה סיי אין מנהג - דארף מען פרעגן אן ערליכן רב. דאס איז דער גאנצער איד; אז יעדע זאך וואס ער טוט דארף זיין צוגעבינדן צו די תורה. אזוי אויך אויב האט מען חס ושלום א דין ודברים מיט א צווייטן אפילו עס רעדט זיך איבער א פרוטה, ווייל (סנהדרין ח.): "דִּין פְּרוּטָה כְּדִּין מֵאָה", איין פרוטה האט די זעלבע הלכה ווי הונדערט פרוטות, דארף מען גיין צו א רב ער זאל פסק'ענען וואס צו טון און חס ושלום זיך אליינס פסק'ענען ביי קיין שום פאל.


דאס וואס איר זענט קיינמאל נישט זיכער מיט זיך, איר האט אלץ מורא וכו'; דארפט איר וויסן וואס דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן - דאס זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס זענען בלויז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "דְּהַיְנוּ מַה שֶׁחוֹשֵׁב וְחוֹקֵר וּמְדַקְדֵּק בְּיוֹתֵר, אִם הוּא יוֹצֵא כָּרָאוּי בַּמֶּה שֶׁעוֹשֶׂה", דאס וואס מען טראכט צי מען איז יוצא די מצוה וואס מען טוט - צי נישט; מען איז מדקדק און מען האלט אין איין אריין טראכטן: 'אפשר בין איך נישט יוצא, אפשר בין איך יא יוצא', דאס אלעס ברענגט דערצו אז דער מענטש זאל אלעס אפלאזן רחמנא לצלן. "כִּי בָּשָׂר וָדָם אִי אֶפְשָׁר לוֹ שֶׁיֵּצֵא יְדֵי חוֹבָתוֹ בִּשְׁלֵמוּת", ווייל א מענטש קען נישט יוצא זיין די מצוות פונעם אייבערשטן בשלימות, "וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא' וְכוּ'", דער אייבערשטער זוכט נישט א וועג ווי אזוי ער קען אונז כאפן און אויפווייזן אז מיר קענען נישט טון די מצוות, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן, "וְלֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", נישט פאר קיין מלאכים, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", און די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין, וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט און לעבן אלץ אין ספיקות, ווייל די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו זיין פרייליך און נישט איבער טראכטן, מיט תפילה וועט איר ארויס גיין פון אלע אייערע שוועריקייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#9 - וואס זענען די הלכות ביים אפגיסן נעגל וואסער?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, צניעות, שאלות, הלכה, תפלות אויף אידיש, נעגל וואסער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, דאס געבט מיר פילע עצות און חיזוק אין לעבן. איך בין נתעורר געווארן פון די שיעורים אפצוגיסן נעגל וואסער יעדן טאג, דעריבער וויל איך פרעגן עטליכע שאלות וועגן נעגל וואסער.


א. אויב מ'שטייט אויף אינמיטן די נאכט, דארף מען זיך אפגיסן נעגל וואסער?


ב. און אויב יא איז דאס שוין גענוג און מ'דארף זיך נישט נאכאמאל וואשן אינדערפרי?


ג. און אויב וואשט מען זיך אפ אינדערפרי און מען לייגט זיך צוריק נאכדעם בייטאג, דארף מען זיך נאכאמאל וואשן ווען מ'שטייט אויף? דאס איז מיר נוגע ווייל איך געב צו עסן פאר מיין בעבי, און איך קען נישט וויסן ווען איך גיי דארפן אויפצושטיין זיך אפצוגעבן מיט אים.


ד. וויאזוי גיסט מען זיך אפ? איינער זאגט 8 מאל, א צווייטער זאגט 6 מאל, און פון איינעם האב איך אמאל געהערט אז קודם גיסט מען אפ זעקס מאל געהעריג, און דערנאך נאכאמאל דריי מאל אויף די רעכטע הענט און נאכדעם דריי מאל אויף די לינקע האנט. וואס איז די ריכטיגע וועג?


ה. מעג מען נעמען וואסער פאר נעגל וואסער פון א סינק אין בית הכסא אדער פון די וואנע?


ו. אויך דארף מען אפוואשן די הענט פאר די בעבי, ווי אלט דארף מען זיין אז מ'זאל דארפן אפוואשן די בעבי'ס הענט?


ז. ווען מ'געבט צו עסן פאר די בעבי, דארף מען נאכדעם וואשן די הענט יעדעס מאל? איך זיץ אויפ'ן קאוטש און איך געב עסן פאר די בעבי, איך וואלט געוואלט דעמאלט זאגן תהלים, מעג איך דאס טון? אדער דארף איך ווארטן ביז איך ענדיג און איך וואש זיך קודם די הענט?


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים. און א באזונדערע יישר כח פאר די הערליכע פלעי פון די פארלוירענע בת מלך, דאס האט מיר ממש איבערגענומען, איך האב נאכנישט געזען אזא פלעי אין מיין לעבן, און איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון דעם.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעגל וואסער איז א יסוד היסודות אין א אידישע שטוב; גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי דארף מען זיך אפגיסן די הענט. עס זענען דא צוויי טעמים פארוואס מען דארף זיך אפגיסן די הענט ווען מען שטייט אויף אינדערפרי, איין טעם ווייל בשעת מען שלאפט כאפט מען זיך אן וואו מען איז צוגעדעקט און מען ווערט טמא (רא"ש ברכות פרק ט, סימן כג), נאך א טעם (תשובות הרשב"א, חלק א', סימן קצא): ווייל ווען מען שטייט אויף ווערט מען א בריה חדשה, אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, כג): "חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ", און די ערשטע זאך פאר מיר הייבן אן צו טון אונזער עבודה פארן אייבערשטן דארפן מיר זיך וואשן די הענט, אזוי ווי די כהנים וואס האבן זיך געדארפט וואשן די הענט ביים כיור יעדן צופרי זיך צו רייניגן פאר זיי האבן אנגעהויבן די עבודה אין בית המקדש.


דער זוהר הקדוש זאגט (וישב, קפד:) בשעת א מענטש שלאפט גייט ארויף זיין נשמה און עס קומט א רוח טומאה אויפן מענטש, און ווען דער מענטש וועקט זיך אויף קומט זיין נשמה צוריק, דעמאלט גייט אוועק די רוח טומאה פון אים אבער עס בלייבט אויף זיין הענט און טוט זיך נישט אפ נאר דורך נעגל וואסער.


א – דערפאר דארף מען זייער מקפיד זיין גלייך ווען מען שטייט אויף זיך אפצוגיסן נעגל וואסער ביים בעט; אפילו מען שטייט אויף אינמיטן דער נאכט און מען וויל געבן עסן פארן קינד וכדומה - זאל מען זיך אפגיסן נעגל וואסער (משנה ברורה, אורח חיים סימן א, סעיף קטן ב).


ב – אויב מען איז אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט און מען לייגט זיך צוריק שלאפן ווען עס איז נאך נאכט דארף מען זיך נאכאמאל אפגיסן ווען מען שטייט אויף אינדערפרי (משנה ברורה אורח חיים סימן ד', סעיף קטן כז).


ג – אויב מען שלאפט בייטאג - זאגט דער מחבר (שם, סעיף טו) - איז א ספק צי מען דארף זיך וואשן די הענט, דעריבער זאל מען זיך וואשן אן א ברכה (רמ"א, שם). און דאס דארף נישט זיין ביים בעט, נאר מען קען אראפגיין פון בעט, און פאר מען וויל עפעס טון זאל מען זיך וואשן די הענט ביים סינק (אשל אברהם; משמרת שלום סימן א, סעיף קטן ג).


ד – מען גיסט אפ דריי מאל יעדע האנט; אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (שם, סעיף ב): "יְדַקְדֵּק לְעָרוֹת עֲלֵיהֶן מַיִם שָׁלֹשׁ פְּעָמִים, לְהַעֲבִיר רוּחַ רָעָה שֶׁשּׁוֹרָה עֲלֵיהֶן". מען הייבט אן מיט די רעכטע האנט; מען הייבט אויף דעם טעפל מיט די רעכטע האנט און מען געבט דאס איבער אין די לינקע האנט און מען גיסט אפ איין מאל די רעכטע האנט און נאכדעם די לינקע האנט, נאכדעם גיסט מען אפ די רעכטע האנט און אזוי ווייטער - סך הכל דריי מאל די רעכטע האנט און דריי מאל די לינקע האנט (שם, סעיף י). עס זענען דא וואס גיסן א פערדע מאל (משנה ברורה שם, סעיף קטן יא, בשם ספר מעשה רב שכן נהג הגר"א זכותו יגן עלינו), אזוי אויך זענען דא וואס גיסן נאכדעם דריי מאל אויף יעדן האנט (דרכי חיים, שכן נהג הרה"ק מצאנז זכותו יגן עלינו), דאס איז אלעס מנהגים אבער די הלכה איז זיך אפצואוואשן די הענט דריי מאל.


ה – אויב מען האט נישט קיין אנדערע וואסער, נאר פון א קראן וואס געפונט זיך אין בית הכסא קען מען נעמען די וואסער, ווייל די פוסקים זענען דן אויף אונזערע בתי כסאות צי זיי האבן א דין פון א בית הכסא (עיין בשאלות ותשובות מנחת יצחק חלק א, סימן ס).


ו – מען פירט זיך אפצוגיסן אפילו גאר קליינע קינדער (משנה ברורה שם, סעיף קטן י'; בן איש חי פרשת תולדות סימן י) כדי זיי זאלן אויפוואקסן בקדושה ובטהרה; אזוי ווי דער רבי'ס מאמע פיגא די נביאה האט געטון, גלייך ווען דער רבי איז געבוירן געווארן האט זי אים אפגעגאסן די הענט, און אזוי יעדעס מאל ווען דער רבי איז נאך געווען א קליינע בעיבי און דער רבי האט זיך אויפגעוועקט אינמיטן די נאכט, האט זי אים אפגעגאסן נעגל וואסער.


ז – אז מען כאפט זיך אן במקומות המכוסים און מען וויל דאווענען אדער זאגן תהילים דארף מען זיך אפגיסן די הענט (שם, סימן כא), אבער אז מען וויל רעדן צום אייבערשטן קען מען רעדן צו אים; אפילו מען האלט אינמיטן זייגן דאס קינד און מען האט נישט ריינע הענט - קען מען רעדן צום אייבערשטן.


דעריבער זאלט איר זיך נישט צוריק האלטן בשעת'ן געבן צו עסן פארן קינד צו רעדן צום אייבערשטן, ווייל דאס וועט מאכן אז דער קינד זאל וואקסן א גרויסע צדיק. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן יב): "הֶחָלָב שֶׁל צַדֶּקֶת הוּא טוֹב לַתִּינוֹק לְיִרְאַת שָׁמַיִם, וְגַם נוֹתְנוֹת לוֹ מֶמְשָׁלָה בָּעוֹלָם הַזֶּה", מילך פון אן ערליכע פרוי ברענגט יראת שמים פארן קינד; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן מז): "יִזָּהֵר מְאֹד שֶׁלּא יִינַק הַוָּלָד מֵאִשָּׁה רָעָה", מען דארף אכטונג געבן אז דאס קינד זאל נישט זייגן פון אן אשה רעה, "כִּי חָלָב מְטַמֵּא וְחָלָב מְטַהֵר"; זאלט איר אודאי רעדן צום אייבערשטן ווען איר געבט צו עסן פארן קינד, אזוי ארום וועט דאס קינד אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


דער עיקר זאלט איר אכטונג געבן זיך אויפצופירן בצניעות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; איר זאלט זען צו גיין אנגעטון נאר מיט צניעות'דיגע קליידער, און בעטס שטענדיג דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן דיר דינען, קינדער וואס וועלן לערנען און דאווענען און זיך פירן מיט יראת שמים בזכות דעם וואס איך געב אזוי שטארק אכטונג אויף צניעות. אייבערשטער העלף מיר איך זאל מיך קענען שטארקן אויף מיין יצר הרע, און איך זאל שטענדיג געדענקען אז עס לוינט זיך נישט גיין אנגעטון פראסט צו פארלירן מיינע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#8 - מעג מען לערנען פאר'חלומ'ט? נוצן גרעיפ דזשוס פאר קידוש? זיך צוריקהאלטן פון ברכת המזון?
שאלות, הלכה, סדר דרך הלימוד, משקה המשכר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוון וואס זענען מיר זיך זייער מחיה.


איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן. איינס אז איך האב געזען אז דער של"ה הקדוש שרייבט (בתורה אור במסכת שבועות אות קע''ז) אז ס'איז דא א גרויסער ענין צו זאגן די ווערטער פון תורה אפילו מ'פארשטייט נישט וואס מ'זאגט, ער לייגט אבער צו אז מ'דארף אבער יא האלטן קאפ און אינזין האבן אז מ'לערנט יעצט תורה, ווייל אויב מ'איז אינגאנצן פאר'חלומ'ט און מ'כאפט אפילו נישט אז מ'לערנט יעצט, איז עס גארנישט ווערד. מיין שאלה איז אז ווען איך זאג תורה איז יא דא אמאל וואס איך ווער אינגאנצן פאר'חלומ'ט, איז דאס עפעס ווערד? איך פארשטיי אז ס'איז זיכער בעסער ווי צו פארברענגען די צייט, די שאלה איז אבער אויב מ'זאל אנשטאט דעם ענדערש טון עפעס אן אנדערע מצוה.


צווייטנס, דער רבי שרייבט אין ספר המדות ,"מי שאינו יכול ללמוד מחמת מניעות יפרוש ממשקה המשכר", אויך געדענק איך אז דער רבי האט נישט געהאלטן פון טרונקען וויין נאר צו קידוש און הבדלה, איז מיין שאלה אויב היינט אז ס'איז שוין דא גרעיפ דזשוס זאל מען אויך ביי קידוש און הבדלה נוצן נאר גרעיפ דזשוס, אדער זאל מען דעמאלט יא דוקא נוצן וויין?


דריטנס, ס'שטייט אין שלחן ערוך אז היינטיגע צייטן דאווענט מען נישט קיין תפלת נדבה, ווייל מען האט נישט אינזין. איז מיין שאלה צי דאס מיינט אז מ'דארף פרובירן זיך ארויסצודרייען פון דאווענען ווען מ'קען, ווייל מ'וועט דאך נישט אינזין האבן. דאס קען אויסקומען ביים בענטשן ברכת המזון, אויב מ'זאל ענדערש זיך נישט וואשן צו ברויט ביי פת שחרית, און אזוי וועט מען נישט דארפן בענטשן, און אויך לגבי מלוה מלכה און סעודת ראש חודש, צי מ'זאל פרובירן עס יוצא צו זיין מיט עפעס וואס מען איז נישט מחויב צו בענטשן נאכדעם.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


עקיבא

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד עקיבא נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זע צו לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן און לייג אוועק אלע דיינע ספיקות און קשיות; אז מען פאלגט דעם רבי'ן און מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד וואס ער האט אונז געגעבן (עיין שיחות הר"ן, סימן עו) דאן איז מען זוכה צו גאר שיינע זאכן. מען הייבט אן פארשטיין דאס לערנען און מען קומט אן צו לערנען זייער אסאך, אויך איז מען זוכה צו באקומען ישוב הדעת.


בנוגע טרינקן וויין; דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל נישט טרינקען קיין משקה המשכר, בלויז פאר קידוש און הבדלה מעג מען. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כו): "צָרִיך לְהַרְחִיק מִשִּׁכְרוּת, וּלְדַקְדֵּק שֶׁלּא לִשְׁתּוֹת יוֹתֵר מִיכָלְתּוֹ, כְּדֵי שֶׁלֹּא יָבוֹא לִידֵי שִׁכְרוּת; ווייל אז מען טרינקט זיך אן און מען ווערט שיכור זאגט דער רבי: "יוּכַל לָבוֹא לִידֵי רָעוֹת וְכוּ' חַס וְשָׁלוֹם", קען מען צוקומען צו שלעכטס.


אין ספר המדות האט דער רבי א גאנצע ערך פון די הארבקייט און עקלדיגקייט פון א שיכור; דער רבי זאגט דארט (אות שכרות, סימן ד): "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹהֵב מִי שֶׁאֵינוֹ מִשְׁתַּכֵּר", דער אייבערשטער האט ליב ווער עס טרינקט נישט; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ג): "אִי אֶפְשַׁר לְשִׁכְרוּת שֶׁלֹּא יָבִיא לְאֵיזֶה תַּקָלָה", עס איז נישט מעגליך עס זאל נישט ארויס קומען שלעכטס ווען מען שיכור'ט זיך אן; דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן נישט צו טרינקען א גאנץ יאר קיין משקה המשכר.


בנוגע עסן פת שחרית וכו'; אנשי שלומינו זענען זייער מקפיד צו עסן פת שחרית גלייך נאכן דאווענען, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות כעס, סימן יז): "סְגֻלָּה לְכַעַס - שֶׁיֹּאכַל פַּת שַׁחֲרִית", פת שחרית איז מסוגל מען זאל נישט קומען צו כעס; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות לימוד, סימן מח): "עַל-יְדֵי פַּת שַׁחֲרִית תַּלְמוּדוֹ מִתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְזוֹכֶה לִלְמֹד וּלְלַמֵּד", פת שחרית איז מסוגל מען זאל קענען לערנען, געדענקען דאס לערנען און אויך צו האבן הצלחה מיטן פארלערנען פאר תלמידים.


ביי אנשי שלומינו איז מען מקיים יעדעס ווארט פון רבי'ן בתמימות ופשיטות, אן קיין חכמות; אזוי אויך איז מען מקפיד אויף יעדן סעיף אין שלחן ערוך. מען וואשט זיך צו מלוה מלכה, אזוי ווי דער מחבר פסק'נט (שלחן ערוך אורח חיים, סימן ש): "לְעוֹלָם יְסַדֵּר אָדָם שֻׁלְחָנוֹ בְּמוֹצָאֵי שַׁבָּת, כְּדֵי לְלַוּוֹת אֶת הַשַׁבָּת, אֲפִלּוּ אֵינוֹ צָרִיך אֶלָּא לִכְזַיִת", אזוי אויך אום ראש חודש וואשט מען זיך צו א סעודה, אזוי ווי דער מחבר פסק'נט (שם, סימן תיט): "מִצְוָה לְהַרְבּוֹת בִּסְעֻדַּת רֹאשׁ חוֹדֶשׁ"; מען בענטשט אין א סידור דיקא, כדי מען זאל נישט אויסלאזן קיין ווערטער, און מוהרא"ש זאגט אז בענטשן אין א סידור איז א סגולה פאר עשירות.


לייג אוועק אלע דיינע חכמות, מען האט גארנישט פון חכמות נאר קאפ ווייטאג, און פאר אידישקייט קומט דאס בכלל נישט צוניץ; קוק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵך בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דאס עיקר אידישקייט איז ווען א מענטש פירט זיך ווי א פשוט'ער איד, מיט תמימות און פשיטות. און ר' נתן שרייבט מורא'דיגע ווערטער (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קד): "הָיָה אוֹהֵב מְאֹד אֶת הָעֲבוֹדוֹת הַפְּשׁוּטוֹת", דער רבי האט זייער ליב געהאט די פשוט'ע עבודות, "שֶׁל סְתָם בְּנֵי אָדָם הָאֲנָשִׁים הַפְּשׁוּטִים הַכְּשֵׁרִים", פון פשוט'ע ערליכע אידן. "וְהָיָה אוֹהֵב מְאֹד מִי שֶׁיָּכוֹל לוֹמַר הַרְבֵּה תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת בְּתוֹך הַסִּדּוּרִים הַגְּדוֹלִים כְּדֶרֶך הַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים", און דער רבי האט זייער ליב געהאט די וואס זאגן אלע תחינות און בקשות וואס זענען געדרוקט אין די גרויסע סידורים, אזוי ווי די פשוט'ע מענטשן פירן זיך. "וְהָיָה מַזְהִיר וּמוֹכִיחַ אוֹתָנוּ כַּמָּה פְּעָמִים, לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת", דער רבי פלעגט אונז זייער אנזאגן און אנווארענען אז מיר זאלן זינגען זמירות אום שבת, "וְהָיָה מַקְפִּיד וְכוֹעֵס מְאֹד עַל מִי שֶׁהוּא חָכָם בְּעֵינָיו וְאֵינוֹ מִתְאַמֵּץ לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת אוֹ שְׁאָר עֲבוֹדוֹת פְּשׁוּטוֹת", און דער רבי פלעגט זייער מקפיד זיין אויף די מענטשן וואס האלטן זיך פאר חכמים און זינגען נישט קיין זמירות שבת ביי די סעודות און מוצאי שבת ביי מלוה מלכה, און אנדערע פשוט'ע עבודות. "כִּי עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא בִּפְשִׁיטוּת וּבִתְמִימוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", ווייל דער עיקר אידישקייט איז זיך פירן פשוט אן קיין חכמות - ווי א פשוט'ער איד.


שרייבט ווייטער ר' נתן: "וְגַם הוּא בְּעַצְמוֹ קֹדֶם שֶׁהִגִּיעַ לוֹ הַחוֹלַאַת הַכָּבֵד שֶׁנִּסְתַּלֵּק עַל יָדוֹ, קֹדֶם לָזֶה, כָּל יָמָיו הָיָה מְזַמֵּר זְמִירוֹת הַרְבֵּה בְּכָל שַׁבָּת וְשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת", דער רבי פלעגט זינגען זיין גאנץ לעבן זייער אסאך זמירות יעדן שבת און יעדן מוצאי שבת.


דער חכם מכל אדם זאגט (משלי י, ט): "הוֹלֵךְ בַּתֹּם יֵלֶךְ בֶטַח", ווער עס גייט בתמימות, דער גייט אויף א זיכערע וועג.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#7 - מעג מען זאגן תהילים ביינאכט?
הפצה, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן שוין ב"ה צוויי יאר צום גוטן דעם רבי'ן דרך הלימוד, איך בין ארויס פון כולל, אפי' איך האב באקומען שטיצע... און אזוי האט מיין ווייב געקענט אויפהערן צו ארבעטן, אין זי איז א מאמע אינדערהיים פאר אונזערע צוויי געזונטע קינדערלעך ב"ה, און איך לערן ב"ה יעדן טאג! תורה, משניות, יום תהילים, חק לישראל, גמרא, און אזוי ווייטער.


איך האב געוואלט פרעגן בנוגע זאגן תהילים ביינאכט. יעצט אין די ווינטער לערן איך כמעט אלע מיינע לימודים ביינאכט.


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים אויפ'ן טעלעפאון, און א ספעציעלע יישר כח פאר די בריוון, לא יאומן כי יסופר וואס דאס האט שוין אויפגעטוען... מען שיקט א לינק פאר א חבר... בלויז פאר א וויץ... אין נאכדעם ווערט מען געוואויר אז זייער גאנצער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן... זיי לערנען און דאווענען וכו'.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט אויפן רבינ'ס סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו), אז מען איז זיך מסדר צו לערנען יעדן טאג אביסל פון אלעס, קומט מען אן ביז א קורצע צייט צו ענדיגן כל התורה כולה.


דאס וואס דו פרעגסט צי מען קען זאגן תהילים ביינאכט; עס ווערט געברענגט אין ספר אשל אברהם פון הרב הקדוש מבוטשאטש זכרונו לברכה (אורח חיים, סימן רלח, סעיף ב) וואס ער פסק'נט אז תהילים קען מען זאגן ביינאכט אויך, ווייל מען זאגט דאס צו מתפלל זיין און צו דאנקען דעם אייבערשטן; אבער אז מען וויל לערנען חומש, דארף מען אויך לערנען רש"י, ווייל דער אריז"ל האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל נישט לערנען מקרא ביינאכט (שער המצות, פרשת ואתחנן).


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט מפרסם דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר נאך אידן; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי): "איך האב ביי מיר מענטשן וואס זענען געווען אזוי ווייט פונעם אייבערשטן, זיי זענען געליגן אזוי טיף אין עבירות, אז איך ווייס נישט צי דער שאול תחתית וואלט געווען גענוג פאר זיי, און דורך מיר זענען זיי מקורב געווארן צום אייבערשטן, איך האב זיי מתקן געווען מיט א תיקון וואס זיי דארפן זיך נישט שעמען פון גרויסע צדיקים"; ווער עס נעמט אן דעם רבינ'ס עצות, ווערט געטוישט מקצה אל הקצה. מען הייבט אן לעבן מיט אמונה, מען הייבט אן לעבן אן אמת'ן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#6 - איך ווייס נישט קיין סאך הלכות
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זייט איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, בין איך געוואויר געווארן אזויפיל זאכן אין אידישקייט וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט ביז יעצט, פון גרויסע זאכן ביז קליינע פרטים.


איך בין א געווענליכער בחור, איך בין אויפגעוואקסן אין א געווענליכע אידישע שטוב, אבער ערשט לעצטנס האב איך אנגעהויבן אויפפאסן ווי ווייניג איך ווייס ווען עס קומט צו דאווענען אדער צו הלכות. למשל ביז צוויי יאר צוריק האב איך נישט געוואוסט אז מוצאי שבת זאגט מען אתה חוננתנו ביים שמונה עשרה, נאך א ביישפיל וואס איך בין ממש לעצטנס געוואויר געווארן וועגן די פיר פרשיות וואס מ'דארף זאגן מיט די תפלין, ווי אזוי מ'דארף זיך בייגן ביים אויסטרעטן פון שמונה עשרה, אויף וועלכע האנט צו פאלן ביי תחנון, און אזוי ווייטער נאך פארשידענע הלכות וואס איך האלט אין איין געוואויר ווערן.


איך הער אסאך מאל ביי די שיעורים ווי איר פרעגט פון די בחורים וואס מען זאל רעדן ביים שיעור, אפשר וואלט געווען כדאי צו לערנען יעדן טאג אביסל הלכות ביים שיעור, איך בין זיכער אז איך וועל זיך אויסלערנען דערפון גאר אסאך, און זיכער וועלן אנדערע אויך הנאה האבן דערפון.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט פאר מיר, איך האב באקומען גאר אסאך פון אייך, איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן ווי אזוי מיין גאנצע לעבן האט זיך מיר געטוישט דורך אייערע שיעורים. דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר זאלט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט אייער הייליגע ארבעט ארויסצוהעלפן אידישע קינדער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן ווי דו ביסט זיך מחי' מיט דעם הייליגן רבינ'ס עצות.


עס איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט לערנען יעדן טאג אביסל הלכה; היינט זענען דא א שפע פון ספרים אויף הלכה, עס קומען כסדר ארויס ספרים אויף הלכות אין אלע שפראכן, אויף אידיש, אויף ענגליש וכו', כדי אז די מענטשן וואס פארשטייען נישט קיין לשון הקודש זאלן אויך קענען הלכות און וויסן ווי אזוי מען דארף זיך פירן.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "צוויי זאכן דארף יעדער איד טון יעדן איינציגסטן טאג"; די ערשטע זאך וואס דער רבי פארלאנגט פון יעדן איד, אז מען זאל לערנען יעדן טאג הלכה, און דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן צוויי שיעורים אין הלכה, איין שיעור אין שלחן ערוך הקטנים - דאס איז "מחבר און רמ"א", און נאכדעם נאך א שיעור אין שלחן ערוך הגדולים - א שיעור אין שלחן ערוך מיט אלע פוסקים וואס זענען געדרוקט ארום דעם שלחן ערוך, טורי זהב, מגן אברהם וכו'; קוק דער לשון וואס דער רבי זאגט: "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען א הלכה, אפילו נישט כסדרן וואו ער האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ"שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


הלכה איז געווען ביים רבי'ן דער וויכטיגסטער שיעור. דער רבי האט געזאגט (שם) אז הלכה קומט פאר אלע אנדערע שיעורים, "כִּי עַל יְדֵי חֲטָאִים נִתְעָרֵב טוֹב וָרַע", ווייל דורכדעם וואס א מענטש זינדיגט, מישט ער אויס גוטס מיט שלעכטס; ער ווייסט נישט וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, אויף שלעכטס זאגט ער אז דאס איז טוב, און אויף גוטס זאגט ער אז דאס איז רע; די עצה אויף דעם איז, צו לערנען הלכה, "וְעַל יְדֵי לִמּוּד פּוֹסֵק, שֶׁמְּבָרֵר הַכָּשֵׁר וְהַפָּסוּל הַמֻּתָּר וְהָאָסוּר הַטָּהוֹר וְהַטָּמֵא, עַל יְדֵי זֶה נִתְבָּרֵר וְנִפְרַשׁ הַטּוֹב מִן הָרָע", ווייל ווען מען לערנט הלכה זעט מען גלייך וואס איז גוטס און וואס איז שלעכטס, וואס מעג מען טון און וואס טאר מען נישט טון.


עס איז באוואוסט דעם סיפור אז א איד איז געקומען צום הייליגן רבי'ן מיט זיינע חידושים וואס ער האט מחדש געווען אויף א תורה אין ליקוטי מוהר"ן, האט דער רבי זיך אנגערופן און געזאגט: "איר מעגט קנייטשן מיין ספר ווי אזוי איר ווילט (דאס מיינט, איר קענט זאגן אלע סארט פשטים אין מיינע תורות), מיט איין תנאי, אז איר זאלט נישט אפטרעטן פון א סעיף קטן אין שלחן ערוך"; ווייל ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר מען זאל נישט אוועק גיין פון הלכה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): אויפן פסוק (תהילים פז, ב): "אֹהֵב ה' שַׁעֲרֵי צִיּוֹן מִכֹּל מִשְׁכְּנוֹת יַעֲקֹב", אז דער אייבערשטער האט ליב ווען מען לערנט הלכה מער ווי אלע אנדערע לימודים, ווייל "מִיּוֹם שֶׁחָרַב בֵּית הַמִּקְדָּשׁ, אֵין לוֹ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּעוֹלָמוֹ, אֶלָּא אַרְבַּע אַמּוֹת שֶׁל הֲלָכָה בִּלְבַד", פון ווען מיר האבן פארלוירן דעם בית המקדש - דעם אייבערשטנ'ס הויז, וואוינט דער אייבערשטער דארט וואו מען לערנט הלכה; דערפאר האט דער רבי זייער מקפיד געווען אז יעדער איד דארף לערנען יעדן טאג הלכה.


די צווייטע זאך וואס דער רבי האט געזאגט אז יעדער איד דארף טון יעדן טאג איז איז "התבודדות"; מען זאל רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, אויף מאמע לשון, מען זאל אלעס פארציילן פארן אייבערשטן; אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, ווי דער יצר הרע ווארפט אלץ אראפ וכו', און וויפיל מאל מען וויל זיין גוט וכו' גייט עס נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - קען מען עסן פלייש אין די ניין טעג, ווען מ'האט נישט פארשטאנען גענצליך דאס לערנען?
לימוד התורה, הלכה, סדר דרך הלימוד, תשעה באב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א מזל טוב צו די חתונה פון אייער זון, און נאך א מזל טוב פאר'ן ניי געבוירענעם קינד, דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך נחת מיט השפעות לרוב, וכל מילי דמיטב.


אין אייער זכות, און אין זכות פון מוהרא"ש, האב איך זוכה געווען אנצוהויבן לערנען די הייליגע תורה אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


ווער עס האט נאכנישט געשפירט דעם געשמאקן טעם, איז בכלל נישטא וואס צו רעדן מיט אים. איידער מ'הויבט אן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד זעט עס אויס ווי א קינדער שפיל, ווען מ'הויבט אבער אן צו לערנען אויף דעם וועג, הויבט מען פלוצלינג אן צו שפירן די זיסקייט פון הייליגע תורה, מ'שפירט א נאנטקייט צום אייבערשטן, מ'באקומט יראת שמים און אהבת ה'. און נאכדעם איז שוין נישטא וואס זיך צו טענה'ען איבער דעם בכלל.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'ענדיגט א מסכתא אויפ'ן סדר דרך הלימוד, און מ'האט פארשטאנען נאר פופציג פראצענט פון די גמרא, ווערט דאס גערעכנט פאר א געהעריגע סיום אז מ'זאל קענען דערמיט עסן פלייש אין די ניין טעג.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען אן ענטפער, און דער אייבערשטער זאל אייך געבן אלעס גוטס אין לעבן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס אז ממש אזוי ווי דו שרייבסט, בעפאר מען הייבט אן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) זעט אויס דאס זאגן משניות און גמרא פאר'ן מענטש ווי א 'קינדער שפיל', אבער איינמאל מען הייבט אן לערנען אויף דעם וועג ווערט ממש ביטול הבחירה; מען ווערט צוגעקלעבט צו די תורה, מען באקומט יראת שמים און אהבת השם יתברך.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס): "ווער עס האט טועם געווען פון די אונגארישע וויין – דעם קען מען שוין נישט אפנארן"; דאס גייט ארויף אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, אז ווי נאר מען הייבט אן טועם זיין פון דעם סדר אין לערנען; מען הייבט אן זאגן משניות כסדרן, א פרק נאך א פרק און אזוי אויך בלימוד גמרא, מען הייבט אן גורס זיין בלעטער גמרא - דעם מענטש קען מען שוין נישט אפנארן נאכדעם וואס ער האט שוין פארזיכט פונעם יין המשומר, אזא מענטש דארף שוין נישט קיין ראיות און הוכחות צי דאס הייסט יא געלערנט אדער נישט; צי עס איז יא דעם רבינ'ס זאך אדער נישט, דעם מענטש אינטערעסירט שוין גארנישט, ער וויל לערנען און ענדיגן די גאנצע תורה.


אויף דיין שאלה צי מען קען מאכן א סיום אין די ניין טעג און עסן פלייש אויב מען האט געלערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד, מען האט גורס געווען גמרא און פארשטאנען נאר פופציג פראצענט; אודאי הייסט דאס א סיום און אודאי הייסט דאס געלערנט, אבער עסן פלייש אין די ניין טעג איז נישט כדאי, אפילו ווען מען איז מסיים א מסכתא און מען פארשטייט דאס הונדערט פראצענט. מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "כדאי הוא בית אלקינו נישט צו עסן קיין פלייש אין די ניין טעג"; אבער מען קען דאס נוצן פאר א סיום.


דער אייבערשטער זאל אונז אלע העלפן מיר זאלן שוין ארויס גיין פון אונזער גלות בכלליות, ובפרטיות - יעדער איינער פון זיין פריוואטע גלות און מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן א גאנצן טאג. דעמאלט וועט זיין: "כְּאִילוּ נִבְנֶה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לג.): "כָּל אָדָם שֶּׁיֶּשׁ בּוֹ דֵּעָה כְּאִילוּ נִבְנָה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ בְּיָמָיו"; אמן.

#4 - מעגן די מיידלעך מיטזינגען די זמירות שבת?
שבת קודש, צניעות, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און דרשות.


איך האב געהערט לעצטנס ביי א דרשה ווי איר זאגט אז די משפחה קען זינגען אינאיינעם די זמירות שבת, דער טאטע מיט די מאמע מיט די קינדער.


איך מיין אז דאס איז קעגן די הלכה, אויב ווייס איך גוט איז די הלכה אז דער טאטע מעג טאקע הערן זיין ווייב און טעכטער זינגען, אבער למעשה איז קול באשה ערוה, און ער טאר נישט זאגן קיין דברים שבקדושה בשעת זיי זינגען. אזוי ווי ווען זיי זענען נישט צוגעדעקט צניעות'דיג איז דאס נישט קיין פראבלעם פאר'ן טאט'ן און מאן, אבער ער טאר נישט דעמאלט זאגן קיין דברים שבקדושה אין פארנט פון זיי.


איך האף איר וועט מיר דאס ענטפערן און קלאר שטעלן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, י"ט אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין שאלות ותשובות ברסלב (ג' אלפים, תמ"ד) פרעגט איינער אן מוהרא"ש אזא שאלה: "איך פיר זיך צו זינגען זמירות שבת קודש צוזאמען מיט מיינע קינדער, אבער היות איך האב שוין עלטערע מיידלעך, וויל איך פרעגן אויב זיי מעגן מיט זינגען צוזאמען מיט מיר די זמירות שבת?" און מוהרא"ש ענטפערט אים: "אשריך ואשרי חלקך שאתה שר ומזמר זמירות בשולחן השבת עם כל הילדים", וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו זינגסט זמירות שבת ביי די סעודה מיט אלע דיינע קינדער, "שרבינו זכרונו לברכה הקפיד על זה מאד מאד, ורצה שאנשי שלומינו ישירו בכל שבת את שירי השבת ויאמרו את כל הזמירות ולא יתביישו מאף אחד, כי עיקר היהדות זה תמימות ופשיטות", ווייל דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל זינגען יעדן שבת ניגונים לכבוד שבת, און מען זאל זאגן און זינגען אלע זמירות און זיך נישט שעמען פון קיינעם, ווייל זינגען זמירות אין שבת איז אן עיקר אין אידישקייט.


זאגט מוהרא"ש ווייטער: "ולכן גם הבנות הגדולות יכולות לשיר, כי סוף כל סוף זה בתוך המשפחה", דעריבער קענסטו זינגען מיט דיינע מיידלעך די זמירות ווייל דאס איז דאך דיין משפחה. "וכמובן, שאסור שיהיו שמה אנשים זרים", פארשטייט זיך אז עס טארן זיך נישט געפונען דארט פרעמדע מענטשן, ווייל (ברכות כד:): "קוֹל בְּאִשָּׁה - עֶרְוָה", פרעמדע מענטשן טארן נישט הערן פרויען זינגען, "אבל בתוך המשפחה, שלא נמצאים רק אתה ואשתך והילדים - מותר גם לבנות הגדולות לשיר", אבער מיט דיין משפחה אליין, ווען נאר דיין ווייב און קינדער זענען ביי די סעודה קענען זיי מיט זינגען די זמירות.


מוהרא"ש פירט אויס די תשובה: "וזה מעיקר החינוך - לחנך את הילדים שישירו זמירות בשבת, שזה דבר גדול מאד מאד", זינגען זמירות מיט די קינדער איז אן עיקר און א יסוד אין חינוך, דאס ברענגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - ווי אזוי זאל איך אויסשטעלן מיין סדר אין לערנען?
לימוד התורה, משניות, הלכה, מעביר סדרה, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג משניות און הלכה, איך וויל אבער וויסן ווי אזוי איינצוטיילן מיין צייט. אויב האב איך דריי שעה א טאג צו לערנען, זאל איך לערנען צוויי שעה הלכה און איין שעה משניות, אדער צוויי שעה משניות און איין שעה הלכה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מען קען נישט געבן פאר א מענטש א סדר ווי אזוי אויסצושטעלן דעם טאג ווייל א מענטש איז נישט קיין מאשין; יעדער מענטש איז אנדערש פונעם צווייטן און אפילו ביים זעלבן מענטש טוישט זיך יעדן טאג ביי אים זיין מצב וכו'. דערפאר איז נישט שייך צו געבן א סדר ווי אזוי צו לערנען; מיט דעם אז דו בעטסט וועל איך דיר אויסשטעלן דיינע שיעורים לויט ווי מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל.


א)    זע צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיטן תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער. אזוי וועסטו זוכה זיין צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה וואס דאס איז א סגולה פאר אריכות ימים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.) "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווער עס איז מעביר סדרה וועט זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים; הגם דער אריז"ל שרייבט אז מען זאל מעביר סדרה זיין פרייטאג - ערב שבת, אבער מען טאר זיך נישט לאזן נארן. מען דארף שטענדיג קוקן אויף זיך און זיך מאכן א חשבון: וואס טו איך? האב איך געעפנט א חומש די וואך? האב איך מעביר סדרה געווען פאריגע וואך? אז מען הייבט אן פון זונטאג, און יעדן טאג לערנט מען אביסל חומש רש"י מיטן תרגום, איז מען זוכה אז מען ענדיגט יעדע וואך די סדרה און מען איז זוכה צו לעבן מיט די פרשה יעדן טאג.


טו אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (אורח חיים, סימן רפ"ה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין. און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם) פונעם גר"א זכר צדיק לברכה אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט איז מען מעביר סדרה יעדע וואך, און ווען עס קומט סוף יאר איז מען מורא'דיג בשמחה אז מען האט מסיים געווען חמשה חומשי תורה.


ב)    נאכדעם זאלסטו לערנען משניות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש ויקרא רבה, פרשה ו): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות, נאך זאגן חז"ל (סנהדרין מב.): "בְּמִי אַתָּה מוֹצָא מִלְחַמְתָּהּ שֶׁל תּוֹרָה? בְּמִי שֶּׁיֵּשׁ בְּיָדוֹ חֲבִילוֹת שֶׁל מִשְׁנָה", דער וואס לערנט משניות דער איז זוכה צו מקבל זיין די תורה.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואספארא כח משניות האט און וואס עס טוט פארן מענטש, ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען יעדן טאג משניות וועט ער זוכה זיין צו זייער גרויסע זאכן.


עס איז באוואוסט אז דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' - אלעס בזכות משניות. דער הייליגער בית יוסף פלעגט זאגן זייער אסאך משניות, אמאל פערציג פרקים משניות און אמאל מער. איך וועל דיר אראפברענגען איינס פון די פילע לשונות אינעם ספר מגיד מישרים, וואו דער בית יוסף שרייבט (משלי סימן כג, עמוד קסג): "הִשְׁכַּמְתִּי כְּמִנְהָגִי לִקְרוֹת בַּמִּשְׁנָיוֹת, וְקָרִיתִי כְּמוֹ מ' פְּרָקִים", און נאכדעם האט זיך דער מגיד צו אים באוויזן; זעט מען צו וואס מען קען זוכה זיין ווען מען לערנט משניות.


ג)      אויך זאלסטו לערנען גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה, דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא, אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש זאל טון, אבי נישט עפענען א גמרא.


ד)     וואויל איז דיר אז דו לערנסט הלכה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלֹּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען א הלכה אפילו נישט כסדרן וואו מען האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ"שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - פארוואס דארף מען היטן טהרת המשפחה?
חיזוק פאר פרויען, צניעות, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער צעמישט, און איך שפיר אז דער ראש ישיבה איז דער איינציגסטער וואס קען מיר העלפן, איך לערן זיך אזויפיל פון די שיעורים, און דאס העלפט מיר שטייגן אין לעבן.


איך האב נישט קיין געפיל צו די הלכות פון טהרת המשפחה, איך פארשטיי נישט פארוואס איך דארף זיך רייניגן וכו' און איינהאלטן אלע איבריגע הלכות, וואס טוט דאס אויף, און צו וואס פעלט עס אויס בכלל?


איך שפיר ווי איך ווער אונטערדרוקט אז איך טאר נישט טון דאס און יענץ, א פרוי גייט דורך גענוג שווערע יסורים מיט'ן האבן קינדער, צו וואס פעלט נאך אויס צוצולייגן די אלע איבריגע הלכות און גדרים?


איך האף דער ראש ישיבה וועט מיך קענען ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען היט נישט טהרת המשפחה באקומט מען נאכדעם א גרויסן עונש; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא:): "נָשִׁים מֵתוֹת בִּשְׁעַת לֵדָתָן עַל שֶׁאֵינָן זְהִירוֹת בְּנִדָּה", פרויען שטארבן ווען זיי געבוירן קינדער ווייל מען היט נישט די מצוה פון טהרת המשפחה; דאס איז א שפיל מיט פייער, אז מען היט נישט טהרת המשפחה געבוירט מען קינדער וואס זענען קראנק פיזיש און גייסטיש רחמנא לצלן.


עס איז נאר שווער כל זמן מען ווייסט נישט פארוואס מען טוט דאס, אבער ווען עס קומט צו טון זאכן צו ראטעווען די אייגענע לעבן און דאס לעבן פון די קינדער דעמאלט איז גארנישט שווער; קוקט וואס די הייליגע חכמים זאגן אונז (שבת יג.): אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטראבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי האט אנגעהויבן ארום לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): "כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ", ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", און קיינער האט נישט געוויסט וואס איר צו ענטפערן, איינמאל – דערציילט אליהו הנביא - בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, און האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: "אוודאי האבן מיר געהאלטן טהרת המשפחה", האט איר אליהו הנביא אויסגעפרעגט פונקטליך צי זי קען די הלכות פון טהרת המשפחה, ביז זי האט מודה געווען אז איר מאן האט נישט אכטונג געגעבן אויף די הלכות אין די שבעה נקיים; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'ט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען אידן, מיר גלייבן אינעם אייבערשטן און אין די הייליגע תורה, און מיר פרייען זיך מיט די מצוות וואס ער האט אונז דערמיט געהייליגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר זאלט אויך זוכה זיין צו פארשטיין די הארבקייט פון דעם און זיך פירן בדרך התורה.

#1 - מעג מען אויסרעדן נאך המפיל?
מנהגים, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח פאר אלע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט, און פאר אלע חיזוק וואס איר געבט מיר.


איך האב געוואלט פרעגן וואס די הלכה איז ביי המפיל. איך ווייס אז מ'טאר נישט אויסרעדן נאך המפיל, אבער אסאך מאל פארגעס איך און איך רעד אויס. איך ווייס אויך אז פונקט ווי מ'טאר נישט עסן אן א ברכה, טאר מען נישט שלאפן אן א ברכה, וואס טוט מען אבער ווען מ'פארגעסט און מ'רעדט אויס?


יישר כח.


בערעלע 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד בערעלע נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא אסאך שיטות ווען מען זאל זאגן המפיל; עס איז דא פוסקים וואס זאגן אז מען זאל עס זאגן נאכן ליינען קריאת שמע, גלייך בעפאר מען שלאפט איין, כדי עס זאל נישט זיין קיין הפסק צווישן די ברכה ביזן איינשלאפן. נאכדעם זענען דא וואס זאגן אז מען זאל קודם זאגן ברכת המפיל און נאכדעם ליינען קריאת שמע, און עס הייסט נישט קיין הפסק, ווייל די ברכה גייט ארויף אויפן שלאפן.


אין ברסלב פירט מען זיך צו זאגן קודם ברכת המפיל און נאכדעם ליינט מען קריאת שמע, ווייל אז מען שטופט עס אפ אויף שפעטער קען אויסקומען אז מען וועט פארגעסן צו מאכן די ברכה און מען וועט גיין שלאפן אן די ברכה, ממילא, כדי מען זאל נישט קומען צו דעם, זאגט מען המפיל פאר קריאת שמע.


דאס וואס דו פרעגסט, צי דו זאלסט זאגן ברכת המפיל ווען דו ליינסט קריאת שמע, ווייל דו האסט מורא אז דו וועסט אויסרעדן נאכדעם, און עס וועט זיין א ברכה לבטלה; אויף דעם ווערט געברענגט פון הייליגן דברי חיים, דער צאנזער רב זכותו יגן עלינו, אז ווען ער האט געהערט ווי מענטשן האלטן זיך צוריק פון זאגן ברכת המפיל, ווייל זיי רעדן אויס וכו', האט ער געזאגט: ענדערש זאל מען זאגן ברכת המפיל יעדע נאכט בשם ומלכות, אפילו מען וועט אויסרעדן נאכדעם, ווי צו גיין שלאפן אן מאכן די ברכה (הובא בספר עמק יהושע אחרון, דף קסא.), דערפאר זאלסטו זאגן ברכת המפיל אפילו עס מאכט זיך אז דו רעדסט אויס וכו'.


זע צו ליינען קריאת שמע של אריז"ל פאר דו גייסט שלאפן; ר' נתן זאגט (ליקוטי הלכות, קריאת שמע שעל המטה, הלכה ב) אז ווען א מענטש ליינט קריאת שמע ביינאכט פאר ער גייט שלאפן, און ער איז זיך מתוודה – "אֵינוֹ זָז מִשָׁם עַד שֶׁמוֹחֲלִין לּוֹ", איז מען אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ - מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן, גייען אלע מזיקים אוועק פון אים. נאך זאגן חז"ל (ברכות ח:) אז רבא האט געזאגט פאר זיינע קינדער: "אַל תֵּשְׁבוּ עַל מִטַּת אֲרַמִּית", איר זאלט נישט שלאפן אין א גוי'שע בעט, זאגט די גמרא עטליכע פשטים וואס דאס מיינט, דער ערשטער פשט איז "לֹא תִּגְנוּ בְּלֹא קְרִיאַת שְׁמַע", ער האט זיי אנגעזאגט זיי זאלן נישט גיין שלאפן אן ליינען קריאת שמע; זעט מען פון דעם ווי חשוב עס איז ווען מען ליינט קריאת שמע פאר מען לייגט זיך שלאפן.


אויך זאלסטו זיך אנגרייטן 'נעגל וואסער' פאר דו גייסט שלאפן; מוהרא"ש זאגט אז מען קען זען אויף בחור צי ער האט יראת שמים, אויב גרייט ער זיך אן 'נעגל וואסער'. ווייל א ערליכער בחור גייט נישט שלאפן איידער ער גרייט זיך אן נעגל וואסער, וואס דאס איז א יסוד אין קדושה; ווער עס וויל זיין הייליג און ריין דארף זייער מקפיד זיין נישט אראפ צו גיין פון בעט אן דעם וואס מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער.


נאכן זאגן ברכת המפיל און ליינען קריאת שמע קען מען ליינען סיפורי צדיקים און לערנען אגדות חז"ל וואס זענען מסוגל צו לערנען פארן שלאפן וכו'; דאס הייסט נישט קיין הפסק, ווייל שפעטער גייט מען דאך איינשלאפן, גייט די ברכה ארויף אויפן שלאפן.