שאלה אין קורצן ענין
#48 - ווי אזוי קען מיר מאכן אז מ'זאל אננעמען אונזער טאכטער אין סעמינאר?
התחזקות, קינדער, חיזוק פאר מיידלעך, מוסדות, איינזאם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער וועכנטליכער קונטרס עצתו אמונה איז די עונג שבת פון אונזער גאנצע משפחה. א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע בריוו, פול מיט אזויפיל חיזוק און עצות אין לעבן.


אונזער טאכטער דארף אריינגיין קומענדיגע יאר אין סעמינאר דא אין ירושלים עיר הקודש, מיר האבן איר איינגעשריבן אין א גוטע סעמינאר, ס'זעט אונז אויס ווי ס'וועט זיין א גוטע פלאץ פאר איר, זי איז זייער וואויל, האט א גוטע הארץ און גוטע מדות, און איז צניעות'דיג און איידל.


דער פראבלעם איז אז ס'איז דא אזא גרויסע פארלאנג פון מיידלעך וואס ווילן דארט אריינגיין, און אויך זענען מיר פון "עדות המזרח", און מיר זענען נישט געבוירענע אין ארץ ישראל, די אלע זאכן מאכט אז מיר זאלן זיין די לעצטע אויף די ליסטע אנצונעמען. מיר האבן דערווייל נאכנישט באקומען קיין ענטפער פון זיי, און זי האט חבר'טעס וועמען מ'האט שוין יא אנגענומען, און דאס מאכט דער מצב זייער אנגעשטרענגט.


מיר וועלן זיך פרייען צו באקומען חיזוק און אן עצה אויף דעם ענין. אויך אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מתפלל זיין פאר אונז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו דערמאנסט מיר א מעשה, מוהרא"ש האט דערציילט (רגעי מוהרא"ש, אות מט און ווייטער) אז זומער תשכ"ו האבן אנשי שלומינו נאכאמאל באקומען רשות צו פארן קיין אומאן; דעמאלט האט מען נישט געקענט פארן קיין אוקריינא נאר מיט רשות פון די רעגירונג. די ערשטע מאל ווען די רעגירונג האט געגעבן רשות פאר אנשי שלומינו צו קומען, שנת תשכ"ד, האט מוהרא"ש אויך באקומען רשות, אבער וויבאלד מען האט זייער פיינט געהאט מוהרא"ש האבן זיי זיכער געמאכט אז מוהרא"ש זאל נישט מיט קומען.


די צווייטע מאל, שנת תשכ"ו האט מוהרא"ש זייער שטארק געוואלט מיט גיין מיט די קבוצה וואס האט באקומען רשות, איז ער געגאנגען זיך בעטן ביי הרב החסיד ר' צבי אריה רוזנפעלד ער זאל אים מיט נעמען, ר' צבי ארי' האט זיך פרובירט ארויס צו דרייען, ווייל ער האט מקבל געווען לשון הרע אויף מוהרא"ש, מען האט אים אויפגעהעצט קעגן אים, האט ער אים נישט געוואלט געבן א וויזע, אבער מוהרא"ש האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו קענען קומען קיין אומאן, מוהרא"ש האט מיט זיינע טרערן ווייך געמאכט זיין הארץ און באקומען רשות מיט צו גיין.


דער אנפירער פון די גרופע האט אנגעזאגט יעדן איינעם מען זאל נישט האבן קיין שייכות מיט מוהרא"ש און מ'זאל נישט רעדן מיט אים; אזוי האבן זיי טאקע געטון. מוהרא"ש דערציילט: "איך האב אבער ברוך ה' אויסגעניצט די טייערע צייט, ספעציעל אז איך בין געווען איינער אליין, און איך האב זיך אסאך מתבודד געווען אויפ'ן וועג; מיר זענען אנגעקומען צו אן האטעל אין קיעוו, פאר מיר האט מען געגעבן א פריוואטע צימער, ווייל איך בין דאך געווען אין חרם, מען האט נישט געטארט האבן קיין שייכות מיט מיר".


מוהרא"ש איז געזעסן אליין, קיינער האט נישט געוואלט רעדן מיט אים, פונדעסטוועגן האט אים גארנישט אינטערעסירט, ווייל ער איז געווען צוגעוואוינט צו אנטלויפן אלץ צום אייבערשטן, ער האט נישט געדארפט קיינעם אויף די וועלט.


אזוי ווי די נסיעה האט גענומען זייער לאנג, איבער פיר און א האלב שעה, (ווייל דעמאלט איז דער וועג פון קיעוו קיין אומאן געווען זייער צעבראכן), האבן זיי אויפ'ן וועג אנגעהויבן שמועסן צווישן זיך, אז אזוי ווי די ד' אמות פון רבינ'ס ציון איז זייער קליין און עס וועלן נישט קענען דארט זיין אויף איינמאל אזא גרויסע גרופע פון פינף און דרייסיג מענטשן וואס קומען צום ערשטן מאל צום ציון, עס וועט דאך נישט זיין קיין פלאץ פאר יעדן צוזאמען צו שטיין ביים ציון, דערפאר האבן זיי צעטיילט דעם עולם מיט א גורל, אז עס זאל זיין דריי גרופעס פון צען מענטשן אויף אמאל וואס זאלן קענען צוגיין צום ציון. פארשטייט זיך אז מוהרא"ש האט מען בכלל נישט אריינגעלייגט אינעם גורל...


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט זיך אבער פארלאזט נאר אויפ'ן אייבערשטן, אז אין זכות פון ארבעטן אזויפיל פאר'ן רבי'ן די אלע יארן וועט מען אים נישט קענען אוועקשטופן; ער האט זיך בכלל נישט אריינגעמישט, ער האט זיך נישט געבעטן און נישט גערעדט בכלל איבער דעם ענין. ער איז געזעסן אין די זייט און געלאכט פון זיי, אז דאס איז גאר מיט וואס זיי פארברענגען די צייט זיך צוצוגרייטן צום ציון פון הייליגן רבי'ן. מוהרא"ש האט זיך זייער אסאך מתבודד געווען די גאנצע וועג: 'וואו פאר איך? צו וועמען פאר איך?' ער האט זיך גוט גוט צוגעגרייט אנצוקומען צום ציון פון הייליגן רבי'ן.


מוהרא"ש דערציילט: "דעמאלט האב איך געזען אז ביים רבי'ן איז נישטא קיין מיוחסים, אלע זענען אייניג ביי אים; ווייל ווען מיר זענען שוין ענדליך אנגעקומען צום הויז וואס דארט אין הויף געפונט זיך דער ציון פון רבי'ן, און די רוסן זענען נישט געווען צוגעוואוינט אז ס'זאל אנגעקומען אזא גרויסע גרופע אמעריקאנער בירגער אין אזא קליין שטעטל ווי אומאן, דערפאר זענען דארט געשטאנען פאליציי און נישט אריינגעלאזט דעם עולם, מיט טענות ומענות אז די באלעבאסטע פונעם הויז וויל נישט אז אזא גרויסער ציבור זאל אריינגיין אין הויף און מ'זאל איר דארט אלעס צעברעכן.


דער הויפט אנפירער פון די נסיעה האט פרובירט מיט אלע כוחות זיך צו עקשנ'ען ביי זיי, מען האט פרובירט אלע טענות און געבעטן, עס האט אבער גארנישט געהאלפן, מען האט פרובירט צוצוזאגן אסאך שוחד, עס האט אבער אויך נישט געהאלפן, די פאליציי האט נאר געוואלט אז יעדער זאל שוין צוריק ארויפגיין אויפ'ן באס און צוריק פארן קיין קיעוו".


יעדער איז געווען זייער נערוועז און דערשראקן, מ'האט זיך גע'טענה'ט און געשריגן, און דערווייל האט מען אינגאנצן פארגעסן פונעם סדר וואס מען האט איינגעטיילט, ווער עס זאל זיין פריער אדער שפעטער און ווען מוהרא"ש האט געזען די איבערקערענישן וואס קומט דארט פאר צווישן עולם האט ער זיך צוביסלעך צוגערוקט נענטער און נענטער צום צוים; קיינער האט נישט געכאפט אז ער איז דער ערשטער וואס שטייט ביים טויער, ביז נאכ'ן טענה'ן כמעט א שעה מיט די פאליציי און די באאמטע איז ער שוין געווען דער ערשטער אין די רייע. (קיינער האט נישט באמערקט ווי אין די צייט וואס זיי זענען געווען דארט פארנומען מיט די גאנצע איבערקערעניש איז מוהרא"ש געשטאנען ביים טויער און זיך אסאך מתבודד געווען צום אייבערשטן, ער זאל רחמנות האבן, ער זאל זען די פילע בזיונות און שפיכות דמים וואס ער ליידט די גאנצע וועג, מען איז אים מחרים און מען וויל נישט רעדן מיט אים, ער זאל כאטש זוכה זיין אריינצוגיין און זאגן דארט די צען קאפיטלעך תהלים - די "תיקון הכללי").


דאן איז געקומען די באפעל אז מען קענען אריינגיין; פארשטייט זיך מוהרא"ש איז געווען דער ערשטער וואס האט געעפנט די טיר, ער איז גלייך געלאפן צום רבינ'ס ציון, זיך געשטעלט אין א ווינקל און אנגעהויבן זאגן די צען קאפיטלעך תהלים מיט א געוואלדיגע התעוררות און זיך דארט מתבודד געווען אויפ'ן גאנצן "ליקוטי מוהר"ן".


מען איז דארט געווען פאר דריי און א האלב שעה, און ווי פארשטענדליך האבן אלע פארגעסן פונעם גורל מיט די ליסטעס, ווייל פון גרויס שרעק אז מען זאל זיי נישט פארטרייבן פון דארט, האט יעדער פארגעסן פון א צווייטן, און וואונדער איבער וואונדער האט מען געזען אז די ד' אמות פון רבי'ן איז א מועט המחזיק את המרובה, עס איז געווען פלאץ פאר יעדן איינעם און קיינער האט נישט געדארפט אוועקשטופן א צווייטן (ווייל אין די מינוט וואס מ'טראכט נישט פון יענעם, יעדער טראכט נאר פון זיך אליין, דאן איז שוין דא פלאץ פאר יעדן. מוהרא"ש זאגט: "דעמאלט האב איך געזען אז ביים רבי'ן איז נישטא קיין שום מיוחסים; די אלע וואס האבן געטראכט איבער דעם ווער עס זאל זיין פריער אדער שפעטער זענען געבליבן זייער פארשעמט, ווייל יעדער איז געשטאנען אינאיינעם אין די ד' אמות פון רבי'ן, עס איז געווען פלאץ פאר יעדן").


מוהרא"ש איז געשטאנען מיט גרויס עקשנות אויף איין פלאץ פאר דריי און א האלב שעה אין א צו, אונטער די ברענעדיגע זון און עס האט אים גארנישט אינטערעסירט; (דערציילט מוהרא"ש: "כאטש וואס זיי האבן שוין געענדיגט די 'תיקון הכללי' און די תפלות מיט התבודדות און זיי האבן זיך געזעצט דארט עסן און גערעדט וואס זיי האבן גערעדט, און אזוי ווייטער. האט מיר דאס גארנישט אינטערעסירט, איך האב זיך נאר מתבודד געווען אויפ'ן גאנצן 'ליקוטי מוהר"ן' וואס איך האב געדענקט אויסנווייניג").


אינצווישן זענען די פאליציי שוין אנגעקומען און האבן יעדן פארטריבן צוריק צום באס. און מוהרא"ש, וואס איז געשטאנען דארט מיט פארמאכטע אויגן, האט נישט אויפגעפאסט בכלל וואס עס קומט פאר ארום אים, ער האט זיך ווייטער מתבודד געווען און נישט געכאפט אז די פאליציי זענען דארט און עס איז דא א באפעל צוריק צו גיין צום באס.


זיי האבן אפגעציילט וויפיל מענטשן געפונען זיך אויפ'ן באס און געזען אז איינער פעלט, פון גרויס צעמישעניש און איבערקערעניש האבן זיי אינגאנצן פארגעסן אז מוהרא"ש שטייט נאך ביים רבינ'ס ציון מיט פארמאכטע אויגן, ער האט נישט געוואוסט און נישט געהערט, נישט געזען און נישט געשפירט, וואס טוט זיך בכלל ארום אים.


זיי זענען אים געקומען זוכן, זיי האבן אפילו געשריגן אז ער דארף שוין קומען, מוהרא"ש האט אבער נישט צוגעלייגט קאפ צו זיי, ביז ווען די פאליציי זענען צוגעקומען צו אים און אים אנגעהויבן שאקלען, דעמאלט האב ער געעפנט די אויגן און זיי געוויזן מיט די צען פינגער, ווי צו ווייזן אז זיי זאלן אים געבן נאך צען מינוט צו בלייבן ביים ציון און זיי האבן מסכים געווען.


דערווייל האבן זיי געשטעלט שומרים אויפ'ן באס, אז קיינער זאל זיך נישט דערוואגן אראפצוגיין; אלע אנשי שלומינו זענען געזעסן און געזינגען אויפ'ן באס, זיי זענען געווען זייער פרייליך אז זיי האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבינ'ס ציון פאר אזא לאנגע צייט, זיי האבן אבער נישט געקענט אראפגיין פון באס ווייל מען האט זיי נישט געלאזט.


מוהרא"ש איז דערווייל געבליבן ביים ציון פאר נאך א האלבע שעה, ווייל פון די צען מינוט וואס זיי האבן מסכים געווען איז געווארן א האלבע שעה, ביז זיי זענען געקומען אים ארויסשלעפן מיט כח פון דארט, פונדעסטוועגן איז אים געלונגען נאך צוויי מאל זיך ארויסצודרייען פון זיי און צוריק גיין צום רבינ'ס ציון און ער איז געווען דארט פאר נאך פופצן מינוט ביז ער איז ארויף אויפ'ן באס.


"דעמאלט האבן מיינע שונאים געזען", זאגט מוהרא"ש, "אז נישט נאר בין איך נישט געווען דער לעצטער אריינצוגיין צום רבינ'ס ציון, נאר קיינער האט קודם נישט געהאט קיין רשות אריינצוגיין בכלל און ווען מען האט שוין יא געגעבן רשות, בין איך געווען דער ערשטער אריינצוגיין און דער לעצטער ארויסצוגיין, איך בין דארט געווען כמעט א שעה מער פון יעדן. דערפאר האבן זיי שוין אנגעהויבן אסאך רעדן מיט מיר אויפ'ן וועג צוריק, זיי זענען נתפעל געווארן פון די גרויסע עקשנות וואס איך האב געהאט אויפ'ן רבינ'ס ציון, אז עס האט מיר קיינעם נישט אינטערעסירט און עס איז מיר גארנישט אנגעגאנגען וואס טוט זיך ארום מיר".


דאס אלעס שרייב איך דיר דו זאלסט פארשטיין אז אפילו דא אונטן איז דא א ליסטע וועמען מען נעמט אן קודם און וועמען מען לייגט ביים סוף, אבער אויבן אין הימל איז דא אן אנדערע סדר; אויב מען בעט דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל טוישט זיך די סדר, דער וואס מיינט ער גייט קודם דער גייט ביים סוף און דער וואס מיינט ער וועט זיין דער לעצטער ער באקומט דער ערשטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#47 - כ'בין אלץ די כפרה הינדל אינדערהיים, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
תפילה והתבודדות, שמחה, התחזקות, חיזוק פאר מיידלעך, עצבות, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל וואס איז זיך מחזק מיט די שיעורים און דרשות, איך בין אבער זייער דערפרעסט און אנידערגעשלאגן. מיין טאטע שרייט זייער אסאך אין שטוב, אן קיין שום סיבה, און איך בין אייביג די כפרה וואס דארף ליידן, איך האב נישט קיין טעם אין לעבן, איך שפיר נישט קיין טעם צו גיין אין שולע, און איך קען זיך מער נישט דערהאלטן.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א עפעס חיזוק פאר מיר, און אפשר אויך א תפלה אויף אידיש זיך צו קענען שטארקן?


א גרויסן יישר כח אויף אלעס, ספעציעל פאר די אידישע ניגונים וואס זענען הערליך שיין און זענען מיר זייער מחזק. איך האב יעצט געענדיגט זאגן גאנץ תהלים צום דריטן מאל אין לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מוהרא"ש זאגט, אלע צרות און אלע פראבלעמען, אלעס קומט פון נישט זיין פרייליך; ווען מען איז פרייליך פאלט אלעס אוועק. מוהרא"ש זאגט: "שמחה איז עולם החירות", דער מענטש וואס איז בשמחה - דער לעבט אין א פרייע וועלט, ער שפארט איין אלע פראבלעמען און עגמת נפש.


אז איר וועט ארבעטן אויף צו זיין פרייליך, איר וועט זוכן דאס גוטס וואס איר האט - וועט איר שוין נישט האבן קיין ווייטאג פון די עלטערן, איר וועט נישט האבן קיין פראבלעמען מיט שולע. אלע ווייטאג וועט פארשווינדן ווערן.


די פראגע איז נאר: 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין פרייליך; ווי אזוי פארטרייבט מען די עצבות און מרה שחורה?' דער רבי האט אסאך וועגן ווי אזוי מען איז זוכה צו פארטרייבן די עצבות און ווערן פרייליך.


די ערשטע עצה איז אויפזוכן גוטע זאכן אין זיך. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס - האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט.


די צווייטע עצה איז תפילה, בעטן אסאך דעם אייבערשטן מען זאל זיין פרייליך. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב): "צְרִיכִים לְבַקֵּשׁ קוֹדֶם עַל מִדָה אַחַת, וּכְּשֶׁשׁוֹבְרִים אֶת הַמִּדָּה הַזּוֹ, אָז צְרִיכִים לְהִתְפַּלֵּל עַל מִדָה שְׁנִיָּה, וְכֵן לְבַקֵּשׁ בְּכָל פַּעַם עַל מִדָה אַחֶרֶת עַד שֶׁיְבַטֵּל מִמֶּנּוּ אֶת כָּל הַמִּדּוֹת וְהַתַּאֲווֹת רָעוֹת", א מענטש זאל קודם נעמען איין מדה און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם און ווען ער האט שוין צעבראכן די שלעכטע מדה זאל ער נעמען נאך א מדה און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, ביז ער וועט זוכה זיין צו צעברעכן אלע זיינע שלעכטע מידות.


מוהרא"ש זאגט, די ערשטע זאך זאל מען בעטן אויף: "שמחה"; איינמאל מען איז פרייליך פאלט שוין אוועק אלע מידות רעות און שלעכטע תאוות. ווען מען איז פרייליך האט מען נישט קיין פראבלעמען, דער פרייליכער מענטש האט נישט קיין שלעכטס, ער האט נאר גוטס, ווידעראום חס ושלום ווען א מענטש איז טרויעריג, בעצבות ומרה שחורה, האט מען גארנישט.


דא האט איר א קליינע תפילה; הייבט אן מיט די תפילה און לייגט אריין אייערע אייגענע ווערטער, רעדט אייך אויס צום אייבערשטן וואס ליגט אייך אויפ'ן הארץ:


"רבונו של עולם, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין זייער דערביטערט און זייער צעדרוקט; מיין גאנצע לעבן איז מיר טונקל, איך האב מיט יעדן איינעם אן אנדערע פרשה, איך האב צוטון מיט מיין טאטע, איך האב נישט קיין שום טעם אין לעבן, עס איז מיר פינסטער און טונקל.


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל אנהייבן זען דאס גוטס וואס איך האב; דו ביסט דאך אזוי גוט צו מיר, דו געבסט מיר לעבן, דו געבסט מיר אזויפיל גוטע זאכן. איך בין געזונט, איך זע, איך הער און איך שמעק, איך קען רעדן און עסן, איך גיי און קום, איך קען זיך באוועגן. וויפיל איך וויל נאר פרובירן אויסרעכענען דאס גוטס - וועל איך נישט קענען, מיט דעם אלעם בין איך אזוי דערשלאגן, איך זע נאר דאס שלעכטס, איך זע נישט דאס גוטס; הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל אנהייבן זען ווי גוט דו ביסט צו מיר, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר.


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל אנהייבן זען און פארשטיין אז דו ביסט אלעס און דו טוסט אלעס, איך זאל שפירן ווי דו ביסט מיט מיר, איך זאל וויסן אז די גאנצע וועלט איז נאר א לבוש פון דיר; דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס אלעס ביסטו אליינס. מיין טאטע, מיין מאמע, מיין שולע און מיין משפחה - אלעס ביסטו, אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר קומט פון דיר, דו ווילסט מיר ברענגען נענטער צו דיר.


איך בעט דיר, העלף מיר איך זאל שטענדיג זיין פרייליך; העלף מיר בזכות דיינע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען זייער גאנצע לעבן פאר דיינעט וועגן, העלף מיר בזכות די אבות הקדושים - אברהם, יצחק און יעקב, העלף מיר בזכות די אמהות הקדושות שרה, רבקה, רחל און לאה, בזכות דער הייליגער רבי רבינו נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו, בזכות זיין תלמיד רבי נתן זכותו יגן עלינו און בזכות מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אמן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#46 - ווי אזוי בין איך מחזק א חבר'טע וואס איז אריבער שווערע איבערלעבענישן?
תפילה והתבודדות, קדושה, חסידות ברסלב, חתונה, חיזוק פאר מיידלעך, מנוולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א חבר'טע וואס איך האב גערעדט מיט איר און זי האט מיך געזאגט אז זי האט זייער מורא פון מענער. איך האב איר געפרעגט אויב זי האט אפשר געהאט שווערע איבערלעבענישן וכו', האט זי מיר געזאגט אז יא. איך האב איר געפרעגט אויב ס'איז געווען איינער פון איר משפחה אדער א פרעמדער מאן, האט זי מיך נישט געוואלט זאגן.


איך האב זייער רחמנות אויף איר, איך וויל זי זאל וועלן חתונה האבן, איך וויל זי זאל קענען האבן א שיינע חתונה געהאטע אידישע לעבן.


ווען זי האט מיר דאס געזאגט, האב איך איר געזאגט אז איך וועל פרובירן איר צו העלפן און זוכן אן עצה פאר דער פראבלעם. ביטע אויב דער ראש ישיבה קען איר געבן אן עצה וואס וועט איר ארויסנעמען פון איר פראבלעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס איז א ביטערע מעשה; ליידער איז די וועלט אזוי געפאלן, מנוולים און משחיתים דרייען זיך ארום הפקר, פראנק און פריי; זיי הרג'ענען אידישע קינדער און מען נעמט זיך נישט אן פאר די בא'עולה'טע. ווען א קינד גייט אריבער א פרשה מיט א מושחת, א מנוול - איז דאס קינד א גע'שחט'ענער פאר'ן לעבן.


מען וואלט ווען געדארפט אנגרייטן קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון קראנקע מענטשן, זיי אנגרייטן ווען זיי זענען יונג, ריין און הייליג, זיי זאלן וויסן נישט אנצוקומען אין די רוצח'ישע הענט; די גרעסטע צרה איז אז אויב רעדט מען צו קינדער פון זיך היטן פון מנוולים שרייט מען: "מען טאר נישט רעדן פון דעם"; געוואלד און געשריגן! ווי קען מען זיין אזוי נאריש צו זאגן אז מען טאר נישט אנגרייטן קינדער זיי זאלן וויסן זיך צו היטן פון מנוולים, משחיתים?!


אייער חבר'טע איז אין א ביטערע צרה, די שאלה איז אויב זי וויל זיך העלפן; פון יעדע פראבלעם קען מען ארויסגיין, מען דארף אבער וועלן ארויסגיין דערפון, אויב זי וויל ארויסגיין פון דעם וועט זי מצליח זיין.


דעם רבינ'ס עצות איז א היילונג פאר אלע מחלות וחלאים רעים; די עצה פון התבודדות איז אזוי שטארק און וואונדערליך, עס טוישט די טבע, עס טוישט נאטור. אז מען נעמט דאס ערנסט, מען איז זיך מתבודד יעדן טאג, מען דערציילט פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס מען איז אריבער, מען שמועסט מיט אים כדבר איש אל רעהו אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטן פריינט, דאן טוישט זיך אלעס, מען קריכט אינגאנצן ארויס פונעם פראבלעם.


אז אייער חבר'טע האט אייך דערציילט וואס זי איז אריבער איז דאס מן השמים איר זאלט רעדן מיט איר, איר מחזק זיין; דערציילט איר פון רבי'ן, זאגט איר אז עס איז דא א רבי אויף די וועלט וואס פארשטייט יעדן איינעם און קען יעדן איינעם העלפן. זאגט איר די עצה פון התבודדות, זי זאל גיין אין איר צימער, פארמאכן די טיר, זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן און אים בעטן ער זאל רחמנות האבן, ער זאל ארויסנעמען די שלעכטע זאכן פון איר מח, זי זאל קענען אנהייבן דאס לעבן פון ניי.


וואויל איז דעם מענטש וואס איז דבוק צו הייליגע צדיקים, ער האט אמונת חכמים, ער גלייבט זייערע ווערטער און איז מקיים בתמימות ובפשיטות וואס זיי זאגן; דורכדעם וועט ער ארויסגיין פון אלע שלעכטס און אנקומען צו די גרעסטע מדריגה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#45 - זאלן מיידלעך אנטון טייערע קליידער ביי א חתונה?
חתונה, חיזוק פאר מיידלעך, אידיש געלט, שמחות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל און איך שעפ ברוך ה' אסאך חיזוק פון די דרשות. יישר כח.


איך האב געוואלט פרעגן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט איבער חתונה קליידער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איך האלט איז נישט אינטערעסאנט, וואס צדיקים האלטן דאס איז וויכטיג צו וויסן; ווייל די צדיקים - זיי ווייסן וואס איז גוט פאר אונז, זיי ווייזן אונז דעם וועג ווי אזוי מיר זאלן זיך פירן און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, זיי ווייסן וואס איז גוט.


מוהרא"ש שרייבט זייער אסאך אז מען זאל נישט מאכן קיין טייערע שמחות; נישט אויסגעבן געלט פאר די נישטיגע פאר שעה. א שאד די געלט וואס מען ווארפט אויס פאר די פאר שעה, אנגעהויבן מיט די בלומען; מען קויפט טייערע בלומען פאר אפאר שעה, גלייך נאך די חתונה ווארפט מען דאס ארויס אין מיסט. נאכדעם די קליידער פון די מחותנת'טעס און פון די משפחה; שווערע טויזנטער דאלער ווערט פארשוועמט פאר די פאר שעה, עס איז א גרויסע עבירה אויסצוגעבן געלט פאר די זאכן. מוהרא"ש שרייבט אז מען טאר נישט אויסגעבן געלט פאר די זאכן, ענדערש זאל מען נעמען די געלט און דאס געבן פאר די פארפאלק זיי זאלן קענען לעבן, זיי זאלן קענען קויפן א דירה.


אפגערעדט ווען מען האט נישט דאס געלט, מען בארגט געלט פאר די שטותים - איז דאס גאר א גרויסע זונד; מען בארגט שווערע טויזנטער דאלער און מען קען דאס נישט באצאלן, מען שלעפט שווערע זעק פון חובות, די גאנצע לעבן דריידט זיך ארום די חובות, קוים וואס מען הייבט אן באצאלן חובות פון איין קינד דארף מען שוין בארגן פרישע חובות פאר דעם צווייטן קינד און אזוי דריידט זיך דאס א גאנצן לעבן.


אפילו מען זאל יא האבן דאס געלט טאר מען נישט אויסגעבן געלט פאר שטותים פאר די פאר שעה - אלעס פאר אביסל כבוד המדומה; דער פראבלעם איז נישט מיט די עשירים, זיי אליינס זענען דאך נישט נארמאל. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן סד): "כָּל הַנְּגִידִים הַגְּדוֹלִים, כִּמְעַט כֻּלָּם, הֵם מְשֻׁגָּעִים מַמָּשׁ", די גרויסע עשירים זענען אלע אינגאנצן משוגע; מיט זיי אליינס קען מען גארנישט טון, גיי לערן אויס א משוגענעם ווי אזוי זיך צו פירן, דער פראבלעם איז מיט די אלע וואס חנפ'נען די עשירים; מען רימט זיי אויס ווען זיי מאכן זיך נאריש ביי זייערע שמחות, מען קלאפט זיי אין רוקן, מען הייבט זיי און מען רימט זיי, דערנאך ווערט דאס א וועג פאר אלע, אלע ווילן דאס נאכמאכן.


געלויבט דעם אייבערשטן אז אונזערע תלמידות, די תלמידות בית פיגא - סיי די כלות און סיי די געשוויסטער גייען אנגעטון ביי די שמחות זייער פשוט. מען קויפט נישט קיין טייערע קליידער, מען קויפט נישט קיין בלומען, מען מאכט זיך נישט נאריש; און אפילו צירונג וואס דאס איז נישט בלויז פאר די פאר שעה, מען גייט דאך מיט דעם פאר א שטיק צייט - קויפט מען אויך פשוט'ע, מען קויפט נישט די גאר טייערע.


עס איז א שטאלץ ביי תלמידות בית פיגא זיך צו פירן פשוט, עס איז א שטאלץ ביי זיי צו קענען העלפן זייערע עלטערן גיין צו די שמחה אן קיין חובות. די תלמידות - מיידלעך און כלות האבן צווישן זיך א רייץ ווער עס קען גיין מער פשוט, מער ביליג; זיי ווייסן וואס דער לעבן איז, זיי ווייסן אז מען ווערט נישט מער ווען מען גייט אנגעטון טייער; נישט דאס איז דער לעבן, נישט די טייערע בלומען דאס איז די חתונה, נישט די צירונגען איז די זאך וואס מאכט פרייליך ביי א שמחה, דאס שיינקייט פון לעבן איז ווען מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, ער פירט די וועלט און אלעס אלעס איז מיט א פונקטליכקייט און אלעס איז צום גוטן. דער עיקר חתונה הייבט זיך אן ווען חתן כלה גייען אהיים, דער עיקר חתונה איז ווען מען גייט ארויס פון וועג איינער פאר'ן צווייטן, דאס שיינקייט און רייכקייט פון די חתונה איז די יארן וואס דער אייבערשטער געבט; מען לעבט מיט ליבשאפט מאן און ווייב, מען רעדט שיין, מען איז מוותר איינער פאר'ן צווייטן און מען איז זוכה אויפצושטעלן ערליכע דורות.


א רחמנות אויף כלות וואס ווייסן נישט וואס דער לעבן איז, זיי ווייסן נאר איין זאך, ווי מער געלט ארויסנעמען פון די עלטערן. א רחמנות אויף זיי אז מען לערנט נישט מיט זיי די אלע יארן אין סקול וואס דער לעבן איז; מען לערנט מיט מיידלעך אין סקול'ס אלעס וואס מען קען נאר לערנען, חוץ איין זאך - וואס דער לעבן איז. מען פארדריידט זיי מיט נארישקייטן, מען לערנט מיט זיי טיפע לימודים, זאכן וואס זיי וועלן קיינמאל נישט דארפן אין זייער לעבן.


מוהרא"ש האט איינגעפירט בחיים חיותו אין זיין שטעטל אין יבנאל, די ברסלב'ע שטאט אין ארץ ישראל - אז מען זאל חתונה האבן אומזיסט, מוהרא"ש האט געבויט א זאל אונטערן בית המדרש, עס זאל נישט קאסטן קיין איין שקל פאר אלע אנשי שלומינו צו חתונה מאכן די קינדער און געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר גייען אין דעם הייליגן וועג. אנשי שלומינו מאכן חתונה די קינדער אין בית המדרש אזוי ווי מען האט זיך געפירט אלע יארן במשך אלע דורות; די חופה מאכט מען אין גאס אינדרויסן פונעם בית המדרש, די סעודה ווערט צוגעשטעלט דורך משפחות פון די קהילה, איינער מאכט א קוגל, איינער מאכט פערפל, איינער מאכט אביסל טשאלנט און די סעודה איז א סעודה, חתן כלה זענען פרייליך ביז גאר און די עלטערן זענען נאך דאס מערסטע פרייליך, ווייל זיי קומען און גייען ווי עכטע מחותנים, עס קאסט זיי נישט קיין איין פרוטה.


די עסצייג און טישטוכער שטעלט דער בית המדרש צו, דאס איז די זעלבע עסצייג מיט וואס די חתן כלה האבן געגעסן אלע יארן אין ישיבה און אין סקול און די זעלבע טישטוכער אויף וואס די חתן כלה האבן אלע יארן געגעסן - פון חדר ביז צו די חתונה.


דאס איז וואס די צדיקים האבן געהאלטן וועגן חתונה קליידער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן גיין אין זייערע וועגן; מיר זאלן נישט מאכן קיין אייגענע מנהגים.

#44 - וואס טו איך אז מיין מאמע לאזט מיר נישט האבן קיין טעלעפאן?
כיבוד אב ואם, שידוכים, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, טעלעפאן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים וואס איר געבט כסדר, דאס געבט מיר ממש לעבן, און ווייזט מיר א וועג ווי אזוי זיך צו פירן.


איך בין א מיידל פון 18 יאר, און איך גיי אין די צוועלפטע קלאס, און ביי אונזער סקול איז אנגענומען אז אין די צוועלפטע קלאס האט מען שוין אן אייגענעם טעלעפאן, אבער מיין מאמע וויל זייער נישט אז איך זאל האבן א טעלעפאן.


די סיבה דערצו איז ווייל מיין עלטערע שוועסטער האט זיך געקויפט א סמארטפאון גלייך נאך איר חתונה, און זי האט מורא אז איך וועל עס אויך טון. איך האב איר פרובירט מסביר צו זיין אז איך בין נישט אזוי ווי מיין שוועסטער, איך דארף נישט קיין סמארטפאון נאר א פשוטע טעלעפאן, זי זאגט אבער אז אזוי הויבט יעדער אן.


פון איין זייט פארשטיי איך איר, ווייל איך האב עטליכע געשוויסטער וואס פירן זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין, און זי וויל נישט איך זאל גיין אין זייערע וועגן, און זי טענה'ט אז ס'איז מיר נישט וויכטיג צו האבן א טעלעפאן, פון די אנדערע זייט שפיר איך אבער אז ס'איז מיר יא וויכטיג, נאכדערצו אז איך בין די איינציגסטע מיידל פון מיין קלאס וואס האט נישט קיין טעלעפאן. האט איר אפשר אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאמע איז גערעכט, איר דארפט נישט קיין טעלעפאן, איר וועט גארנישט פארדינען מיט'ן טעלעפאן; ווען איר האט איבעריגע צייט זאלט איר העלפן אייער מאמע מיט די שטוב ארבעט, און אז עס איז אייך נאך אלץ געבליבן צייט זאלט איר זאגן תהילים; בעטס זיך אויס ביים אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך, אן ערליכער חתן און צוזאמען אויפשטעלן שיינע דורות. יעצט איז די צייט צו מתפלל זיין אויף דעם, ווען מען איז נאך א מיידל דארף מען שוין טראכטן פון תכלית, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע דורות.


חבר'טעס איז נישט א זאך וואס זעטיגט דעם מענטש, חבר'טעס מאכט נישט באמת פרייליך דעם מענטש; געבטס עפעס פאר אייער נשמה, קאפיטלעך תהילים טרינקט אן די נשמה, עס מאכט פרייליך. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם וואס טרינקט יעדן טאג אפאר קאפיטלעך תהילים"; אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא, די הייליגע חכמים פרעגן (ברכות ז:): פארוואס ווערט רות אנגערופן מיטן נאמען רות? "שֶׁזָּכְתָה וְיָצָא מִמֶּנָּהּ דָּוִד שֶׁרִיוָּהוּ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בְּשִׁירוֹת וְתִשְׁבָּחוֹת", 'רות' איז א לשון פון טרינקען, פון איר איז ארויסגעקומען דוד המלך וואס האט אנגעטרינקען דעם אייבערשטן כביכול מיט'ן ספר תהילים, מיט שירות ותשבחות; דעריבער ווען מען זאגט תהלים איז דאס אזוי ווי א טרינק פאר די נשמה.


אייער מאמע ווארט צו זען אביסל נחת, האטס רחמנות אויף איר; איר קענט זיך נישט פארשטעלן די צער וואס עלטערן האבן ווען די קינדער פירן זיך נישט מיט יראת שמים, עס איז נישט דא נאך אזא צער ווי די צער. אז אייערע שוועסטערס מאכן נישט קיין נחת פאר אייער מאמע בעט איך אייך זייער פאלגט אייער מאמע; אז זי וויל נישט איר זאלט האבן א טעלעפאן זאלט איר דאס נישט האבן, דורכדעם וועט איר אנפילן די לעכער פון איר הארץ און אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו א גוט לעבן.


חבר'טעס איז א דמיון; די אלע וואס לעבן פאר חבר'טעס, זיי פאלגן נישט די עלטערן צוליב חבר'טעס - די זענען א גרויסע רחמנות. עס קומט א צייט וואס מען הייבט אן פארשטיין וואס א מאמע איז, מען הייבט אן האבן שולד געפילן אויף די אלע יארן וואס מען האט פארברענגט מיט חבר'טעס און זיי נאכגעגאנגען אנשטאט די מאמע.


אז איר וועט אננעמען דעם בריוו וועט אייך גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#43 - א מיידל וואס ארבעט, קען נעמען דאס געלט פאר זיך, אדער געבן פאר די עלטערן?
כיבוד אב ואם, פרנסה, חיזוק פאר מיידלעך, אידיש געלט, סקול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און כאטש וואס איך גיי נישט אין די "בית פיגא" סקול, איז אבער מיין גאנצער מח דארט, איך הער די שיעורים און דאס איז מיין וועגווייזער אין לעבן. ספעציעל וויל איך זיך באדאנקען פאר די פארשטעלונג "דער בערגער און דער ארעמאן", פון וואס איך האב גאר שטארק הנאה געהאט.


איך בין א לערערין, און איך פארדין געלט, האט איך געוואלט וויסן וואס איך דארף טון מיט די געלט, זאל איך עס אוועקלייגן פאר מיר אויף נאך די חתונה, אדער זאל איך עס געבן פאר מיין טאטע? און די זעלבע שאלה האב איך אויך אויף די טיפס וואס איך באקום אום חנוכה און פורים.


אויך קומט מיר אויס אסאך מאל אז איך וויל זיך יעצט עפעס קויפן, ווי למשל א קעמערע אדער עפעס אנדערש, מעג איך דאס קויפן פון מיין אייגן געלט?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי',


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז אייער לעבן נעמט איר פון רבי'ן, דער רבי איז אייער וועג ווייזער; ווער עס לעבט מיט'ן רבי'ן לעבט א לעבן, מען לעבט מיט א שטארקע אמונה אינעם אייבערשטן, ווייל מיט א צדיק האט מען א לויטערע אמונה, מען שפירט דעם אייבערשטן אזוי קלאר ווי מען זעט דאס מיט די אויגן, די גאנצע לעבן איז גרינגער מיט אמונה.


ביז אייער חתונה זאלט איר געבן אייער געלט פאר אייערע עלטערן; איר וואוינט דאך ביי זיי, איר לעבט דאך אויף זייער חשבון, זאלט איר זיי געבן אייערע פארדינסטן און וואס איר דארפט זאלט איר זיי פרעגן און בעטן, וועלן זיי אייך געבן.


אז אייער גאנצע מח איז אין "בית פיגא" דארפט איר זיך פירן ווי די תלמידות פון "בית פיגא"; איר זאלט זאגן יעדן טאג דעם "יום תהלים", אזוי וועט איר ענדיגן יעדע וואך דעם ספר תהלים, וועט איר זען גרויסע ישועות וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט אייך. געלויבט דעם אייבערשטן אז אלע תלמידות פון בית פיגא פרובירן זייער שטארק צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים, אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן.


בשעת איר זאגט די קאפיטלעך תהלים זאלט איר אריין פלעכטן אייערע אייגענע תפילות צום אייבערשטן אויף אידיש; וואס איר דארפט און וואס איר ווילט זאלט איר אים בעטן אויף פראסט אידיש, וועט איר זען גרויסע וואונדער.


א פרייליכן יום טוב.

#42 - ווי לאנג וועל איך נאך דארפן ווארטן אויף מיין שידוך?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זאגן באמת א גרויסן יישר כח פאר אלע הערליכע דרשות, סיי פאר די בחורים און אויך פאר די מיידלעך, בפרט אין אמונה און תפילה, עס געבט צו א געוואלדיגע חיות אין מיין לעבן, און איך קען קוים ווארטן פאר נאך.


איך בין א מיידל פון 19 יאר, און איך ווארט און בעט יעדן טאג פאר מיין שידוך. איך זאג יעדן טאג די תפילות פון מציאת הזווג, און איך פרוביר זיך צו האלטן שטארק מיט אמונה, אבער אסאך מאל גייט עס נישט. למשל ווען איך דארף גיין צו א חבר'טעס חתונה.


רוב פון מיין קלאס זענען שוין כלות אדער שוין חתונה געהאט. ס'איז נאר דא נאך אפאר מיידלעך, אבער ס'וועט נישט נעמען לאנג פאר זיי צו חתונה האבן. מיין פראבלעם איז אז איך האב נאך עטליכע געשוויסטער העכער מיך און גארנישט רוקט זיך נישט בנוגע שידוכים חוץ די יארן. דערפאר איז מיר זייער שווער ווען איך דארף גיין צו א תנאים אדער א חתונה פון א חבר'טע.


איך ווייס נישט אויב איך מעג אזוי טראכטן, אבער איך פיל אסאך מאל ווי אפשר האט דער אייבערשטער פארגעסן פון מיר, און עס גייט אים נישט אן אז איך לייד. איך וויל אזוי שטארק קענען פארגינען א צווייטן אבער איך פיל אז ס'איז נישט מעגליך, איך קום אן צו א שמחה מיט א ריזיגע שמייכל און איך טאנץ מיט, אבער קיינער קען נישט חלומ'ען וויפיל ס'שטעכט מיר אינעווייניג, אזוי ווייט אז אסאך מאל מוז איך ארויסגיין אביסל צו קענען אטעמען.


ס'קען נישט ווייטער אזוי אנגיין, אבער איך ווייס נישט וואס צו טון. אפשר האט דער ראש ישיבה אן עצה פאר מיר?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (פסיקתא דרב כהנא, הובא ברש"י שמות יז, ח), אמאל איז געווען א מענטש וואס איז געגאנגען א ווייטע וועג מיט זיין קינד, דאס קינד האט נישט געהאט קיין כח מער צו גיין האט אים דער טאטע גענומען אויפ'ן אקסל, אזוי איז ער געגאנגען און געגאנגען מיט'ן קינד אויפ'ן פלייצע, אזוי גייענדיג זעט דאס קינד ווי איינער פארקויפט געשמאקע עסן, בעט ער זיין טאטע ער זאל אים געבן עסן און דער טאטע האט אים געגעבן עסן, גייענדיג ווייטער בעט ער זיין טאטע אז ער דארף טרינקען און דער טאטע האט אים געקויפט א טרינק, אזוי איז געווען מיט אלעס וואס דער קינד האט געזען, ער האט געבעטן זיין טאטע זאל אים דאס קויפן און דער טאטע האט אים אלעס געגעבן, גייענדיג ווייטער האט דאס קינד געזען איינעם גיין און האט יענעם געפרעגט: "האסט אפשר געזען מיין טאטע? איך ווייס נישט וואו מיין טאטע איז!" ווען דער טאטע האט דאס געהערט האט ער אראפגעווארפן דאס קינד פון זיין אקסל, איז געקומען א הונט און געביסן דאס קינד.


אזוי איז געווען ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים, דער אייבערשטער האט זיי ארויסגענומען פון מצרים, ער האט זיי געוויזן די גרויסע וואונדער, ער האט געשפאלטן דעם ים, זיי געגעבן צו עסן מן פון הימל, די ברונעם וואסער צו טרינקען און אזוי ווייטער, ביז די אידן האבן געפרעגט (שמות יז, ז): "הֲיֵשׁ יְהוָֹה בְּקִרְבֵּנוּ?" דער אייבערשטער איז דא מיט אונז? דער אייבערשטער האט פארגעסן פון אונז? גלייך האט פאסירט די פרשה מיט עמלק, וַיָּבֹא עֲמָלֵק און ער האט געביסן די אידן.


איר טראכט אז דער אייבערשטער האט פארגעסן פון אייך? חס ושלום, דער אייבערשטער האט נישט פארגעסן פון אייך, דער אייבערשטער פארגעסט נישט פון קיינעם, דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכער חשבון. ווער עס טרעפט שנעל זיין שידוך און ווער עס טרעפט נישט גלייך זיין שידוך - אלעס איז פונעם אייבערשטן אליינס, מיר דארפן זיך איבערגעבן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אַז עֶס אִיז גָאר בִּיטֶער אִיז מֶען זִיך אִינְגַאנְצְן מְבַטֵּל", האט רבי נתן געפרעגט: "ווי אזוי איז מען זיך מבטל?" האט דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט די מויל מיט די אויגן, דאס איז ביטול צום אייבערשטן"; דאס הייסט, ווען א מענטש פארמאכט די מויל - ער פרעגט נישט קיין קשיות, ער פארמאכט די אויגן - ער וויל גארנישט זען און פארשטיין, ער ווייסט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דעמאלט איז מען זוכה אז אלעס ווערט גוט, דער אייבערשטער העלפט דעם מענטש מיט די ישועה וואס ער דארף.


פארלירט זיך נישט, זייטס שטארק מיט אמונה פשוטה, וועט איר זען גרויסע ניסים.

#41 - ווי אזוי קען איך זיך אפגעוואוינען פון גיין שלאפן שפעט?
חינוך הילדים, שידוכים, לערערין, חיזוק פאר מיידלעך, תפלות אויף אידיש, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א לערערין פאר קלענערע מיידלעך, און בזכות אייערע שיעורים, ובפרט די געוואלדיגע חינוך שיעורים, האב א געוואלדיגע הצלחה אין מיין עבודת הקודש, און איך פרובירט אריינצולייגן אין די קינדער ליבשאפט צום אייבערשטן, ליבשאפט צו אידישע קינדער, יראת שמים, און בעיקר תפלה והתבודדות. איך שעפ נחת צו זען ווען איך מאך א גורל, ווי אלע קינדער בעטן דעם אייבערשטן אז זיי זאלן געווינען. די קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך.


איך האב איין פראבלעם אז ביינאכט גיי איך שלאפן זייער שפעט, איך האב אסאך זאכן צוצוגרייטן פאר די קומענדיגע טאג אין שולע, און אויך מאך איך התבודדות א שעה צייט יעדע נאכט, און עס קומט אויס אז איך גיי שלאפן זייער שפעט, און איך שלאפ דאס מערסטע 5 ביז 6 שעה א נאכט, וואס אטאמאטיש איז כמעט נישט מעגליך צו האבן דעם פולסטן הרחבת הדעת דעם קומענדיגן טאג.


וויפיל איך בעט דעם אייבערשטן אז איך זאל גיין שלאפן פרי, איז מיר עס נאך נישט געלונגען. און נאכ'ן הערן אויף די ווארעמע חינוך-שמועסן אז מלמדים דארפן גיין שלאפן פרי, מאך איך שטעדיג אפ ביי מיר דאס צו טון, אבער אן ערפאלג. איך בעט כסדר פאר'ן שלאפן גיין אז דער הנותן ליעף כח זאל מיר געבן כוחות למעלה מדרך הטבע און כ'זע ווי דאס העלפט מיר דורכשטופן דעם טאג בחסדי ה', אבער ביי מיר ווייס איך דאך קלאר, אז איך טו נישט ריכטיג. דערפאר וויל איך בעטן אויב ס'איז נאך דא א וועג איך זאל מיך אפגעוואוינען פון דעם שלעכטן געוואוינהייט.


אגב, זייט איך האב געזען צווישן די בריוו ווי איר ברענגט אראפ פאר א בחור א הארציגע תפילה פון מוהרא"ש למציאות הזיווג, האב איך דאס ארויסגעדרוקט, און איך זאג עס אויך. מיין שאלה איז אויב איז דא א באזונדערע תפילה פאר מיידלעך אדער קומט עס אויס אויפ'ן זעלבן?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


 ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א לערערין פאר מיידלעך, זיי מחנך זיין אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידישע מאמעס; בפרט קליינע קינדער וואס דעמאלט זענען זיי נאך זייער תמימות'דיג, זיי נעמען אן און שלינגען יעדעס ווארט וואס זיי הערן.


איר דארפט זיך זייער פרייען אז איר האט אזא הייליגע ארבעט, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די הימל; ער האט אן א שיעור זכותים, אזוי סאך וויפיל שטערנס עס איז דא אין די גאנצע וועלט.


א לערערין דארף גוט עסן און גוט שלאפן אזוי ווי די הלכה איז (יורה דעה סימן רמה, סעיף טז): "וְאֵין לַמְלַמֵּד לִנְעוֹר בַּלַּיְלָה יוֹתֵר מִדַּאי שֶׁלֹא יִּהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמֹד, וְכֵן לֹא יִתְעַנֶּה", א מלמד טאר נישט אויף זיין שפעט ביינאכט כדי ער זאל נישט זיין מיד און דאס זעלבע איז מיט א לערערין; אויב מען איז מיד, מען איז נישט געשלאפן געהעריג, ווערט מען שנעלער אויפגערעגט חס ושלום, מען קען צוקומען צו וויי טון די קינדער וכו'; דאס זעלבע איז מיט עסן, אויב מען עסט נישט געהעריג, מען איז הונגעריג, קען מען חס ושלום ווערן אנגעצויגן אויף די קינדער. דארפט איר זייער אכטונג געבן צו גיין שלאפן פרי כדי איר זאלט זיין גוט אויסגערוט, אזוי וועט דער גאנצער טאג אייך גיין גרינגער.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל טרעפן מיין זיווג שנעל און גרינג, העלף מיר איך זאל באקומען א מאן א צדיק, א מאן וואס וועט לעבן מיט דיר און מיט די תורה; הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל חתונה האבן מיט אן ערליכער בחור וואס לעבט מיט א צדיק און גייט אין די וועגן פון א צדיק, און אויב עס איז מיר אנגעשריבן חס ושלום א מאן אן עשיו בעט איך דיר אייבערשטער זאלסט מיר טוישן מיין שידוך און מיר געבן א יעקב אבינו.


הייליגע באשעפער איך ווייס און איך גלייב אז תפילה קען טוישן א שידוך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ט): "עַל יְדֵי תְּפִלָה יָכוֹל לְשַׁנּוֹת זִוּוּגוֹ הַנִכְרָז בַּשָׁמַיִם", מיט תפילה קען מען איבערדרייען א שידוך; בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל באקומען א וואוילער מאן וואס וועט מיר מחזק זיין, מיר פרייליך מאכן און מיר וועלן אויפשטעלן אינאיינעם א שיינע שטוב".


אינעם זכות וואס איר וועט לערנען מיט די קינדער, איר וועט נישט מאכן קיין חילוק צווישן די קינדער וואס זענען ארעם אדער רייך, איר וועט נישט מאכן קיין צווישנשייד צווישן די קינדער וואס גייען אנגעטון טייער אדער ביליג, בזכות וואס איר וועט אכטונג געבן אויף די געפילן פון די קינדער וועט דער אייבערשטער אננעמען אייערע תפילות, אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צוזאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" האט אנגעפאנגען רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הייבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אויב א מלמד, א טיטשער, געבן אכטונג אויף דעם אייבערשטנ'ס קינדער, האט מען א כח אין הימל און מען נעמט אן אלע תפילות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#40 - ווי אזוי דערהאלט איך זיך ווען מיינע עלטערן קריגן זיך?
כיבוד אב ואם, שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל און איך מוז זיך קודם באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים, וואס געבן מיר די כח און מוט אנצוגיין אין לעבן.


איך גיי דורך אסאך שוועריקייטן אין מיין לעבן, מיינע עלטערן קומען זיך נישט אויס צווישן זיך, זיי קריגן זיך אסאך, און פיל מאל אויך אין די עפנטליכקייט. ברוך ה' אז צוליב די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א מיש איך זיך קיינמאל נישט אריין, אבער דאס מאכט מיר פיל צער און ס'איז מיר זייער שווער איבערצוטראגן.


אויך שטערט דאס מיר זייער ווען איך בין אין שולע, איך קען זיך נישט צוהערן געהעריג צו וואס די לערערינס רעדן, און דערנאך קען איך נישט גוט, מ'שרייט אסאך אויף מיר, און פיל מאל ווער איך באשטראפט דערפאר.


איך שפיר נישט באקוועם דאס דורכצורעדן מיט קיין איין לערערין אין שולע, און איך ווייס נישט וואס צו טון, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן מיט אן עצה?


אויך האב איך צוויי עלטערע ברידער אין די יארן פון שידוכים, מיינע עלטערן וועלן זיך זייער שטארק, און דערווייל ווערן זיי עלטער און עלטער, און איך האב זייער מורא אז דאס זאל נישט פאסירן אויך צו מיר ווען ס'וועט קומען מיין רייע אין שידוכים, אז זיי וועלן זיך אסאך וועלן, און איך וועל ווערן אן עלטערע מיידל. וואס קען איך טון דערצו?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, דערהאלטס אייך מיט אלע כוחות, נעמטס אריין אין זיך די אמונה, אז אלעס וואס פאסירט מיט א מענטש איז פונעם אייבערשטן; דאס וואס איר גייט אריבער איז זיכער מיט א פונקטליכע חשבון פונעם אייבערשטן, און אז איר וועט זיך דערהאלטן וועט איר נאר פארדינען פון דעם.


נעמטס די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט - די עצה פון התבודדות; רעדטס צום אייבערשטן אויף אייער שפראך, אויף אייער מאמע לשון, דערציילטס אים אייערע ווייטאגן, בעטס אים: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל זיין שטארק ביי מיר, איך זאל נישט ווערן צעפאלן פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


הייליגער באשעפער, העלף אז מיין טאטע מאמע זאלן לעבן בשלום, זיי זאלן זיך נישט קריגן איינער מיט'ן צווייטן; עס שטערט מיר זייער ווען זיי קריגן זיך, איך שפיר ווי מיין לעבן גייט מיר צוגרינד פון דעם, איך קען נישט טראכטן פון עפעס אנדערש, מיין גאנצע קאפ פליט מיר אוועק, איך קען נישט מיט האלטן די לימודים אין שולע, פון טראכטן טאג און נאכט פון די קריגערייען אין שטוב.


גרויסער באשעפער, דערבארעמדיגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין שטארק ביי מיר, העלף אז מיינע ברודערס זאלן שוין טרעפן זייערע שידוכים און העלף מיר איך זאל בקרוב טרעפן א גוטע שידוך".


מיט תפילה וועט איר אלעס פועל'ן, ווייל תפילה טוישט אלעס, תפילה איז די שטערקסטע זאך וואס איז דא אויף דער וועלט; מען קען אלעס באקומען און אלעס טוישן דורך תפילה. אז מען איז שטארק מיט תפילה און מען האט סבלנות אויסצואווארטן ביז די ישועה קומט, איז מען זוכה צו געהאלפן ווערן מיט וואס מען דארף נאר.


ווי מער איר וועט רעדן צום אייבערשטן וועט אייך קלארער ווערן די אמונה, איר וועט זיין שטארק ביי זיך, עס וועט אייך זיין קלאר אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטער, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - וואס טו איך אז איך וויל געפעלן פאר פרעמדע בחורים?
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל וואס איך באקום א טעם אין לעבן דורך אייערע שיעורים, א גרויסן יישר כח.


איך האב א יצר הרע זיך אנצוטון שיין, אויף א וועג צו געפעלן פאר פרעמדע בחורים, וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז עס איז זייער א הארבע זאך זיך אנצוטון און זיך אויפפירן אויף א וועג אנצורייצן בחורים זאלן קוקן אויף אייך.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (מעשיות בסוף סיפורי מעשיות): עס איז געווען א צדיק וואס האט זיך אינגאנצן אויסגעארבעט און ער איז ארויף אויבן אין הימל און געזען ווי עס שטייט א טאפ מיט שטיקער פלייש און ביינער, האט ער געפרעגט: "וואס איז דאס?" האט מען אים געענטפערט: "דאס איז פון א פרוי וואס פלעגט גיין אנגעטון נישט צניעות'דיג, זי פלעגט אנרייצן בחורים און אינגעלייט צו קוקן אויף איר, דאס איז איר שטראף, אז זי ווערט יעדן טאג אויפגעקאכט אין בריעדיגע וואסער".


עס איז א גרויסע עבירה פאר א מיידל זיך אנצוטון און זיך פירן נישט בצניעות כדי בחורים זאלן קוקן אויף איר. חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס (שבת סב:) אויף יעדע נישט צניעות'דיגע זאך וואס די שטראף איז דערויף; אויב מען לייגט פערפיום אין גאס פאר פרעמדע מענער און בחורים ווערט מען נאכדעם געשטראפט מיט א טריקענע הויט און מען באקומט א שלעכטע גרוך; אויף זיך שמירן די אויגן און אויב מען ווינקט זיך מיט די אויגן וכו' אויף דעם ווערט מען קרעציג (פימפעלס), און אויף קליידער וואס זענען ציענדיג און שרייעדיג באקומט מען שפאלטענעס אויפ'ן קערפער.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיך קענען מתגבר זיין אויף דעם נסיון, איר זאלסט זיך אנטון און אויפפירן הייליג און קיינער זאל נישט נכשל ווערן דורך אייך.


דער הייליגער אמורא רבי יוחנן דערציילט (סוטה כב.) איך האב זיך געלערנט יראת שמים פון א מיידל; ער האט געהערט ווי א מיידל בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם 'בָּרָאתָ גַּן עֵדֶן וּבָרָאתָ גֵּיהִנֹּם'", האסט באשאפן דעם גן עדן און דו האסט באשאפן דעם גיהנום, "בָּרָאתָ צַדִּיקִים וּבָרָאתָ רְשָׁעִים", האסט באשאפן צדיקים און האסט באשאפן רשעים, "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ שֶׁלֹא יִכָּשְׁלוּ בִי בְּנֵי אָדָם", איך בעט דיר אייבערשטער העלף מיר אז קיינער זאל נישט זינדיגן צוליב מיר; רבי יוחנן האט זיך געלערנט פון איר יראת שמים, נישט נאר זי האט אכטונג געגעבן אז זי זאל נישט טון קיין עבירות, נאר זי האט אכטונג געגעבן אז קיינער זאל נישט צוקומען צו עבירות דורך איר.


אז איר וועט תשובה טון, איר וועט אויפהערן נאכלויפן בחורים וועט דער אייבערשטער העלפן איר וועט באקומען אן ערליכער חתן און אויפשטעלן אן ערליכע שטוב.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#38 - מעג איך אפזאגן א שידוך ווייל יענער איז נישט חסידיש?
חסידות ברסלב, שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל פון א ליטווישע משפחה, אבער מיין הארץ האט אלץ געצויגן צו די חסיד'ישע דרך, און לעצטנס אויך צו די ברסלב'ע דרך, איך שפיר אז דאס איז די ריכטיגע וועג, אבער איך האב אסאך ספיקות אויב ס'איז ריכטיג אז א מיידל זאל זיך אליין אויסקלויבן א וועג אין לעבן, אנדערש ווי איר טאטע און משפחה.


אויך וועגן שידוכים בין איך זייער צעמישט. איך בין 24 יאר אלט, שוין כמעט צוויי יאר אין שידוכים, און איך וויל זייער א חסיד'ישע שידוך, און יעצט אויך א ברסלב'ע שידוך, אפילו ער זאל נישט זיין אפיציעל ברסלב אבער כאטש אין הארץ זאל ער האבן די ברסלב'ע דרך, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי דאס זאגן פאר מיינע עלטערן.


איך האב נישט קיין נארמאלע קשר מיט מיינע עלטערן, איך קען זיי נישט מסביר זיין מיינע געפילן, ווייל ס'איז זייער ווייט אין זייערע אויגן, און איך ווייס נישט אויב זיי וועלן האלטן דערביי. עס האט זיך שוין גערעדט עטליכע ליטווישע שידוכים, איך האב זיי פרובירט צו פארשטיין געבן אז איך וויל עפעס מער חסידיש, אבער זיי האבן נישט געוואלט פארשטיין וואס איך וויל.


איך וויל וויסן אויב ס'איז ריכטיג אפצוזאגן א שידוך, אויב איז ער א גוטער בחור אבער ער איז נישט חסידיש, ווייל איך שפיר אז איך נישט מצליח זיין זיך צו פארשטיין אין לעבן מיט א טרוקענעם ליטוואק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער אסאך מענטשן וואס ווערן מקורב צום רבי'ן האבן דעם טעות, מען מיינט אז כדי צו ווערן א ברסלב'ער חסיד דארף מען אפלאזן די וועג פון די עלטערן וכו'; ווער הייסט אייך אפלאזן זייער וועג? איר דארפט נישט אפלאזן די וועג פון אייערע עלטערן, בלייבט ווי אזוי אייער משפחה פירט זיך און נעמט די עצות און התחזקות פון רבי'ן.


ברסלב'ער חסידות איז נישט קיין סתירה מיט קיין שום חסידות און אפשטאם; בסך הכל וויל דער רבי אונז ברענגען צו אזא מדריגה אז מיר זאלן לעבן מיט א שטארקע אמונה. דער רבי וויל איין זאך פון אונז, מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן א גאנצע צייט; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, אויף מאמע לשון, מען זאל אלעס דערציילן פאר'ן אייבערשטן; אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, ווי דער יצר הרע ווארפט אלץ אראפ וכו' און אז וויפיל מאל מען וויל זיין גוט וכו' גייט עס נישט.


בנוגע אפזאגן שידוכים; איר זענט שוין פיר און צוואנציג יאר, אויף וואס ווארט איר? פארוואס זאגט איר אפ שידוכים? ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען געדענקען וואס חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה און האב חתונה; מען דארף חתונה האבן ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן.


אז מען טראגט אייך אן א גוטער בחור זאלט איר זיך טרעפן מיט אים און זען זיינע מידות און יראת שמים און וואס שנעלער חתונה האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#37 - וואס טוט מען ווען מחשבות פון ליבשאפט פייניגן אין מח?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל וואס זוכט שוין לאנג א פלאץ אין לעבן, פון וואו איך זאל קענען נעמען חיזוק און עצות אין לעבן, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בין איך לעצטנס געוואויר געווארן פון אייערע שיעורים, איך האב אנגעהויבן הערן די דרשות און שיעורים, און ס'איז מיר זייער מחזק. איך דאנק דעם אייבערשטן וואס האט מיר געברענגט צו דעם, א גרויסן יישר כח.


שוין לאנגע יארן וואס איך פייניג זיך און איך ווייס נישט ווי אזוי זיך צו העלפן. עס מאכט זיך אסאך מאל ביי מיר אז איך באקום א שטארקע ליבשאפט צו א מענטש, מיין מח ווערט מקושר זייער שטארק צו יענעם, ביז איך קען שוין ממש נישט טראכטן פון עפעס אנדערש, געווענליך איז דאס צו מענער, אבער אמאל אויך צו פרויען.


פארשטייט אז איך בין נישט עובר אויף גדרי הצניעות, און דעריבער קען איך גארנישט מיט די געפילן, אבער ביי מיר אין מח און הארץ דרוקט עס מיר זייער שטארק, ביז עס נעמט מיר ממש צו מיין געזונט.


לעצטנס איז עס מיר געשען צו א מיידל, איך ווייס נישט פארוואס איך האב פלוצלינג באקומען א שטארקע ליבשאפט צו איר, און דאס מאכט מיר א געוואלדיגע לחץ און דרוק, און איך ווייס באמת נישט וואס צו טון.


דארף איך עפעס טון צו דעם? איז דא עפעס וואס איך קען טון צו דעם? וועט עס אוועקגיין נאך מיין חתונה?


איך וועל זיך פרייען צו באקומען אן ענטפער און הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א. דער אייבערשטער זאל אייך געבן געזונט און לעבן מיט אסאך הצלחה אין אייער עבודת הקודש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נאך אביסל וועט איר טרעפן אייער שידוך, דעמאלט וועט אלעס ווערן מסודר.


זעטס מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פרייליך; הערטס אסאך מוזיק פון פרייליכע ניגונים וועט איר ווערן פרייליך. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, סימן יד): "עַל יְדֵי זֶמֶר תָּבוֹא לִידֵי שִׂמְחָה וְהִתְלַהֲבוּת", דורך זינגען ווערט מען פרייליך און לעבעדיג; און אז איר וועט זיין פרייליך וועט אייך זיין גרינגער דאס לעבן, איר וועט נישט האבן קיין דרוק.


ביי אונז אין סקול - 'בית פיגא' האבן מיר איינגעפירט צו טאנצן יעדן טאג; גלייך נאך תפילת שחרית צינדט מען אן מוזיק און די גאנצע סקול, אלע מיידלעך - פון די קלענסטע ביז די גרעסטע - גייען ארויס אין א טאנץ, דאס מאכט זיי פרייליך און אלע פראבלעמען פאלן אוועק. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, סימן ח): "עַל יְדֵי הָרִקּוּדִין וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁאַתָּה עוֹשֶׂה בַּגּוּף, נִתְעוֹרֵר לְךָ שִׂמְחָה", דורך טאנצן און שפרינגען ווערט מען פרייליך און אז מען איז פרייליך איז אלעס גוט, עס איז נישט דא קיין פראבלעמען.


זייטס נישט דערשראקן פון וואס איר גייט אריבער, דאס אלעס וועט אוועקגיין ווען איר וועט זוכה זיין צו טרעפן אייער זיווג בעזרת השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - מיין לעבן איז איין שטיק צרות, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
התחזקות, צרות, תודה והודאה, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז נישטא די ווערטער צו באדאנקען, און ס'איז נישטא דאס געלט צו באצאלן, פאר אייער געטריישאפט צו אידישע קינדער. דער אייבערשטער זעט אלעס און ער וועט אייך זיכער באצאלן.


יעצט צו מיין שאלה, איך בין א מיידל פון זייער א צעפארענע צעפראסקעטע שטוב. מיינע עלטערן האבן נישט קיין שלום בית, מיר האבן א נישט געזונט קינד, ס'איז נישטא קיין געלט אין שטוב, מיין מאמע שרייט אסאך אויף מיר אין פארנט פון אנדערע מענטשן, פרעמדע מענטשן האבן מיר געוואלט שלעכטס טון, מיינע ברידער שלאגן מיר כסדר און יעדע פאר טעג דארף איך אנטלויפן פון שטוב, און צו דעם אלעם איז מיין טאטע לעצטנס קראנק געווארן און ליגט אין שפיטאל. איך האב נישט קיין זיידע באבע צו וועמען איך קען גיין, מיין סעמינאר האט זיך פארמאכט, איך האב נישט קיין נארמאלע פלאץ וואו צו זיין, און מיין לעבן איז אינגאנצן חרוב. שבת דארף איך זיך אליין צושטעלן, און ניטאמאל עסן האב איך נישט געהאט.


איך בין זיך מחזק מיט א זאך וואס איינער האט מיר אמאל געזאגט אז דער אייבערשטער שלאגט נישט צוויי מאל, און אויב לייד איך אזויפיל צרות אלס מיידל, וועט מיר מסתמא גיין גוט נאך די חתונה. איך בין אבער נישט זיכער אויב דאס איז טאקע אמת, ווייל למעשה ווייסן מיר דאך אז יעדער דארף ליידן, און אפשר וועל איך ווייטער האבן צרות נאך די חתונה אויך?


איך מוז האבן חיזוק זיך צו קענען דערהאלטן, מיין הארץ איז שוין זייער שוואך פון אזויפיל צרות און יסורים טאג טעגליך, און איך האף זייער אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קצד): "אַחַר כָּל הַיִּסּוּרִים, אַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵטִיב עִמָּנוּ", נאך אלע יסורים וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש געבט דער אייבערשטער אויך אסאך גוטע זאכן, "רַק שֶׁאֵין אָנוּ רוֹצִים לְהַקְטִין אֶת הַיִּסּוּרִים", נאר דער מענטש אליינס וויל זיך נישט גרינגער מאכן מיט'ן אויפזוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים. אפילו מען גייט אריבער באמת שווערע ביטערע יסורים, "אֲבָל נֶגֶד דְּבֵקוּת אֶחָד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַה שֶּׁזּוֹכִין לְאֵיזֶה בְּחִינָה שֶׁל דְּבֵקוּת בְּמַחֲשָׁבָה אוֹ בִּבְחִינָה אַחֶרֶת", אבער ווען דער מענטש ווערט נענטער דורך דעם צום אייבערשטן ער הייבט אן לעבן מיטן אייבערשטן, "כָּל הַיִּסּוּרִים אֵינָם כְּלוּם נֶגֶד זֶה", איז אלע יסורים גארנישט אנקעגן דעם, "וְעַל יָדָם בְּעַצְמָם מִתְקָרְבִים וּמִתְדַּבְּקִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", ווייל דורך דעם ווערט א מענטש נענטער צום אייבערשטן. "כִּי נוֹטְלִין מִמֶּנִּי הַבְּרִיאוּת גּוּפִי, מִי נוֹטֵל מִמֶּנִּי הַבְּרִיאוּת? הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ! אִם כֵּן אֲנִי נִדְבָּק בּוֹ יִתְבָּרַךְ", מען הייבט אן פארשטיין 'ווער מאכט מיר די אלע ווייטאג? ווער נעמט מיר אוועק מיין געזונט? דער אייבערשטער אליינס ברענגט מיר דאך די יסורים, אויב אזוי ווער איך נענטער צו אים. "וְכֵן כְּשֶׁלּוֹקֵחַ חַס וְשָׁלוֹם, אֵיזֶה בֵּן. מִי לוֹקֵחַ? הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ! אִם כֵּן אַדְּרַבָּא עַתָּה הוּא סָמוּךְ יוֹתֵר אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בָּעוֹלָם הַבָּא סְמוּכִין יוֹתֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", אויב חס ושלום מען פארלירט א קינד און מען הייבט אן פארשטיין 'ווער האט דאס מיר אוועק גענומען? דער אייבערשטער', אויב אזוי ווער איך דאך נענעטער צו אים, עיין שם.


אז איר ווילט אביסל חיזוק זאלט איר אריין קוקן אין צוואת מוהרא"ש, וועט איר אנדערש רעדן און טראכטן. איך ברענג אייך אראפ א שטיקל וואו מוהרא"ש שרייבט וועגן זיינע יסורים וואס ער האט געליטן אין זיין לעבן און ער בעט זיך ביי אונז אלע מיר זאלן אננעמען באהבה ווען עס גייט אריבער אויף אונז יסורים:


צוואת מוהרא"ש, אות יד:


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, וָואס זָאל אִיךְ אַייךְ זָאגְן? אִיר קֶענְט זִיךְ נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וִויפִיל יִסוּרִים אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ אִיךְ הָאבּ גֶעלִיטְן אוֹיף דֶער וֶועלְט, אִיךְ הָאבּ מַמָשׁ נִישְׁט גֶעהַאט קַיין אֵיין גוּטְן טָאג אִין מַיין לֶעבְּן, אָן קַיין שׁוּם גֻּזְמָא. אִיךְ הָאבּ יֶעדְן טָאג מַמָשׁ גֶעוֵויינְט פוּן דִי פִילֶע צַעַר אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעהַאט פוּן אַלֶע זַייטְן, פוּן אִינֶעוֵויינִיג אוּן פוּן אִינְדְרוֹיסְן. אָבֶּער אִיךְ הָאבּ זִיךְ שְׁטֶענְדִיג גֶעטְרֵייסְט מִיט דֶעם אַז בָּרוּךְ ה' אִיךְ גְלֵייבּ אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אִיךְ וֵוייס אַז אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אַלֶעס וֶוערְט גֶעפִירְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אִיךְ בִּין נָאר אַנְטְלָאפְן שְׁטֶענְדִיג צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן דָאס אִיז וָואס הָאט מִיר גֶעהָאלְפְן אִיבֶּערְקוּמֶען מַיינֶע פִילֶע צָרוֹת אוּן יִסוּרִים.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר אוֹיךְ טוּן דִי זֶעלְבֶּע, אִיר זָאלְט חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט הָאבְּן קַיין טַעֲנוֹת אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, זִיךְ נִישְׁט אָפְּרֶעדְן אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. גֶעדֶענְקְט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (תַּנְחוּמָא, תֵצֵא): "צָרִיךְ הָאָדָם לְהַחֲזִיק טוֹבָה לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּזְמַן שֶׁהַיְסוּרִין בָּאִין עָלָיו, לָמָה? שֶׁהַיְסוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וֶוען עֶר שִׁיקְט אִים יִסוּרִים. פַארְוָואס? וַוייל דִי יִסוּרִים שְׁלֶעפְּן דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. נָאךְ זָאגְן דִי חֲזַ"ל (סִפְרִי, וָאֶתְחַנַּן): "יְהֵא אָדָם שָׂמֵחַ בְּיִסּוּרִין יוֹתֵר מִן הַטוֹבָה, שֶׁאִילוּ הָאָדָם בְּטוֹבָה אֵין נִמְחָל לוֹ עָווֹן שֶׁבְּיָדוֹ, וּבְיִסוּרִין נִמְחָל לוֹ" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף זִיךְ מֶער פְרֵייעֶן מִיט דִי יִסוּרִים וָואס עֶר בַּאקוּמְט וִוי מִיט דִי גוּטְס וָואס עֶר בַּאקוּמְט, וַוייל וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט נָאר גוּטְס וֶועט עֶר מִיט דֶעם נִישְׁט אָפְּקוּמֶען זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער וֶוען עֶר הָאט יִסוּרִים וֶועט דָאס יָא אָפְּמֶעקְן זַיינֶע עֲבֵירוֹת".


נאך אזעלכע ווערטער קוקט מען שוין אנדערש אויף די וועלט; מען הייבט אן זען וואס מוהרא"ש איז אריבער געגאנגען אין לעבן און מיט דעם אלעמען האט ער זיך מחזק געווען און מחזק געווען די גאנצע וועלט, ער האט אריין געבלאזן אין אונז א גייסט מיר זאלן וועלן לעבן און מיר זאלן מאכן אנדערע זאלן לעבן. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ער האט דאס אלעס געקענט טון נאר ווייל ער האט גענומען דעם רבינ'ס עצות בתמימות ובפשיטות, ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן.


דעריבער אז איר ווילט ארויס גיין פון אייערע צרות זאלט איר פאלגן דעם רבי'ן מיט די עצה פון התבודדות, געוואוינטס זיך צו צו אויסשמועסן אייער הארץ מיט'ן אייבערשטן.


זוך אויף דאס גוטס פון אייער לעבן; הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן אויף דאס גוטס וואס איר האט און בעטס דעם אייבערשטן עס זאל אייך גרינגער ווערן דאס לעבן. איינמאל איר וועט אריין נעמען דעם אייבערשטן אין אייערע פראבלעבן וועט אלעס זיין גרינגער, אזוי ווי דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געזאגט נאכן באגלייטן זיין זון הרב הצדיק רבי מאיר נתן זכרונו לברכה, אז ווען א מענטש כאפט א קלאפ אין רוקן און ווען ער דריידט זיך אויס זעט ער אז זיין ליבער חבר האט אים געגעבן דעם קלאפ טוט עס נישט וויי, מען נעמט דאס ווי א פריינדליכע באגריסונג, האט דער הייליגער צאנזער רב אויסגעפירט: "איך האב געכאפט א קלאפ, מיין זון איז נפטר געווארן אזוי יונג, אבער איך געב א קוק: 'ווער קלאפט מיר? דער אייבערשטער אליינס', דערפאר טוט עס נישט וויי".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - וואס טו איך אז מיין טאטע וויל אנדערש?
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף אלע חיזוק וואס איז מיר מחיה יעדן טאג. אין דעם זכות זאג איך יעדן טאג דעם יום תהלים.


איך בין א מיידל און איך וויל פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אז מיידל זאל נישט שלאפן ביינאכט מיט הויזן ווייל ס'איז נישט קיין צניעות.


וואס טו איך אבער אז מיין טאטע וויל דוקא אז איך זאל יא אזוי טון. ער צווינגט מיר נישט עס טון, אבער ער וויל בעסער אז איך זאל יא שלאפן ביינאכט אויך מיט הויזן. וואס דארף איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייטס ווייטער ממשיך צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א קאפיטל תהילים אז מען זאגט, איז אזוי ווי א פאנטש"; געווענליך האלט א מענטש מיט זיך שטענדיג טרינקען אז אויב ער וועט זיין דורשטעריג זאל ער האבן עפעס צו טרינקען, אזוי אויך דארף א מענטש זאגן יעדן טאג תהילים כדי צו געבן צו טרינקען פאר זיין נשמה.


וואויל איז דעם וואס זאגט יעדן טאג תהילים; דער הייליגער רבי נתן פלעגט יעדן טאג זאגן דעם יום תהילים און ענדיגן ספר תהילים יעדע וואך, אזוי פירן זיך אויך תלמידי היכל הקודש - צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים.


דער הייליגער רבי האט געזאגט אז משיח וועט קומען בזכות די פשוט'ע אידן וואס זאגן אסאך תהילים. הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו ברענגט אראפ דעם שיחה אין ספר ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) אז משיח וועט קומען בזכות די אלע ערליכע פשוט'ע אידן וואס זאגן תהילים יעדן טאג.


בנוגע צו גיין אנגעטון בצניעות וכו' ווען אייער טאטע וויל איר זאלט דוקא גיין מיט הויזן, איר פרעגט וואס איר זאלט טון; עס איז שווער צו ענטפערן אויף דעם, ווייל פון איין זייט איז כיבוד אב ואם זייער א חשוב'ע מצוה, אזוי ווייט אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה א, א) אז דאס איז חמורות שבחמורות, די מצוה פון מכבד זיין עלטערן איז פון די הארבסטע מצוות וואס איז דא, און פון די אנדערע זייט איז צניעות אויך זייער א חשוב'ע זאך, מען דארף אכטונג געבן צו גיין אנגעטון ווי אזוי די תורה הייסט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי קידושין פרק א, הלכה ז): "רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר, גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מכבד זיין טאטע מאמע מער ווי מען זאל מכבד זיין דעם אייבערשטן אליינס; זאלט איר ווייטער מכבד זיין אייערע עלטערן און איר זאלט זאגן פאר אייער טאטע אז מען האט אייך געלערנט אז עס איז נישט קיין צניעות פאר א מיידל צו גיין מיט הויזן, וועט ער האבן נחת פון אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - מעג א מיידל גיין מיט הויזן ביינאכט?
צניעות, שאלות, חיזוק פאר מיידלעך, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל און איך האב עטליכע שאלות צו פרעגן. מעג מען זאגן קריאת שמע שעל המטה ווען מ'ליגט? דער ראש ישיבה זאגט אז א מיידל זאל נישט גיין מיט הויזן אפילו ביינאכט, איז די שאלה אויב מ'גייט געהעריג מיט א נאכט קלייד, אויב מ'מעג אנטון א הויזן אונטער דעם, פשוט צו בלייבן פארדעקט אויב מ'דעקט זיך אויף אינמיטן שלאפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קריאת שמע שעל המטה קען מען ליינען ליגנדיג אין בעט. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי ברכות ו.) אז רבי זעירא איז אמאל איינגעשטאנען ביי רבי שמואל בר נחמני, האט זיך רבי זעירא באהאלטן אין זיין שלאף צימער צו זען ווי אזוי רבי שמואל בר נחמני ליינט קריאת שמע שעל המיטה, האט ער געזען: "וַהֲוָה קָרֵי וְחָזַר וְקָרֵי עַד דְּהוּא שָׁקַע מִינֵיהּ גּוֹ שִׁינְתֵיהּ", ווי רבי שמואל בר נחמני ליינט קריאת שמע ליגנדיג אין בעט, ער האט געליינט נאכאמאל און נאכאמאל קריאת שמע ביז ער איז איינגעשלאפן. פון די מעשה פסק'נט מען (עיין מגן אברהם אורח חיים סימן רלט, סעיף ה) אז מען קען ליינען קריאת שמע שעל המיטה ווען מען ליגט.


הויזן פאר א מיידל איז נישט קיין צניעות אפילו נאר בשעת'ן שלאפן; מען פרובירט דאס מערסטע צו שלאפן צוגעדעקט און אויב מען דעקט זיך אויף – זאגן שוין חכמינו זכרונם לברכה (נדרים כז:): "אוֹנֶס רַחֲמָנָא פָּטְרֵיהּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - קענט איר מיר געבן חיזוק אויף צניעות?
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל און איך בין זיך מחזק מיט די שיעורים, א גרויסן יישר כח.


איך וויל האבן חיזוק אויף צניעות, ווייל דאס איז א גרויסע נסיון פאר מיר. דער ראש ישיבה שליט"א רעדט געווענליך צו בחורים, אבער איך דארף אויך חיזוק.


א גרויסן יישר כח און דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח צו העלפן אידישע קינדער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קדושים, ב' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז צניעות איז א זאך וואס מען באצאלט אויף דעם זייער אסאך שכר; א מיידל וואס געבט אכטונג ווי אזוי זי גייט אנגעטון און ווי אזוי זי רעדט - וועט זוכה זיין צו הייליגע קינדער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג:): "אין זכות פון צניעות איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; און ווי שווערער דאס איז, נאכדעם וואס איר האט א שטארקע נסיון אויף דעם, וועט איר באקומען מער שכר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא - אַגְרָא", לויט ווי שווער עס קומט אן א מצוה אלץ מער שכר באקומט מען דערויף.


פרובירט אנצוהייבן מיט אביסל, אזוי ווי רבי נתן פלעגט זאגן, אז ווען ער האט געהערט פון רבי'ן: "מְעַט גַּם כֵּן טוֹב" - אביסל איז אויך גוט, פון דעמאלט האט ער זייער מצליח געווען און פון דעמאלט האט ער מער אנגעהויבן צו לערנען בהתמדה רבה, ווייל רוב מאל האלט מען זיך צוריק פון לערנען און טון גוטע זאכן ווייל מען וויל טון אסאך און אזוי ווי עס איז שווער צו טון אסאך טוט מען גארנישט, אבער אז מען ווייסט דאס חשיבות פון יעדע ביסל דעמאלט קומט מען אן צו טון אסאך. אזוי אויך ביי אייך, אז איר ווילט זיין צניעות'דיג אבער עס איז אייך שווער זאלט איר קודם אנהייבן מיט אביסל, אזוי וועט אייך זיין גרינגער.


וויסן זאלט איר אז יעדעס ביסל וואס מען טוט פאר'ן אייבערשטן איז זייער חשוב; אויבן אין הימל קוקט מען אנדערש אויפ'ן מענטש ווי מען קוקט דא, אויבן אין הימל איז זייער חשוב יעדע קליינע נקודה, יעדע ריר וואס א מענטש געבט זיך פאר'ן אייבערשטן. יעדע גוטע מחשבה, יעדע גוטע ווילן איז זייער חשוב ביים אייבערשטן. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת תרומה, קנ:): "לֵית רְעוּתָא טָבָא דְּיִתְאֲבִיד מִקַּמֵּי מַלְכָּא קַדִּישָׁא", קיין איין גוטע מחשבה ווערט נישט פארלוירן ביים אייבערשטן, כל שכן וכל שכן ווען א מענטש טוט א גוטע מעשה און קל וחומר ווען א מיידל און א פרוי טוען זיך אן איידל און שיין פאר'ן אייבערשטן, זיי געבן אכטונג נישט צו גיין מיט קליידער וואס דער אייבערשטער וויל נישט מען זאל גיין דערמיט - איז דאס זייער חשוב אויבן אין הימל. דאס האלט צוריק אלע שלעכטע גזירות זאלן נישט קומען אויף אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט באקומען אידישע גאווה און אידישע שטאלץ זיך נישט צו שעמען צו גיין אנגעטון איידל און אידיש, און איר זאלט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב א ערליכע וואוילע זיווג און אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב.

#32 - וועט מיר שאטן די הקפדה פון מיין לערערין?
מדות טובות, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א דאנק פאר די הערליכע שיעורים.


איך בין א מיידל פון 17 יאר, מיין לערערין שרייט די גאנצע צייט אז זי איז קיינמאל נישט מוחל ווער עס רעדט אינמיטן איר שיעור, אבער די מיידלעך לאכן זיך אויס פון איר.


איך פרובירט צו זיין וואויל און נישט רעדן אדער שטערן, אבער לעצטנס האב זי איינמאל געהייסן עפעס שרייבן, און איך האב נישט געהאט קיין בליי, האט איך געבעטן פון איינעם א בליי, און דעמאלט איז מיין לערערין געווארן אזוי שטארק ברוגז אויף מיר, זי האט מיר געזאגט אז איך זאל אפילו נישט פרובירן צו קומען איר איבערבעטן, ווייל זי איז מיר נישט מוחל.


איך האב זייער מורא פון דעם, אז ס'זאל מיר נישט שאטן פאר א שידוך, פאר קינדער, אדער אנדערע פראבלעמען, אזוי ווי איך האב שוין געהערט אסאך אזעלכע סארט מעשיות.


איך האב שוין גערעדט צו מיין מנהלת און זי מאכט נישט נישט וויסנדיג, און מיינע עלטערן זענען אויך נישט באזארגט, אבער איך האב זייער מורא. וואס דארף איך צו טון אין אזא מצב?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז ביים הייליגן רבי'ן איז די ערשטע זאך געווען "דרך ארץ", און דער הייליגער רבי האט געזאגט: "וֶוען קֵסָרִין אוּן קֶענִיגְן וָואלְטְן גֶעוואוּסְט וָואס פַאר אַ דֶּרֶךְ אֶרֶץ אִיךְ לֶערְן מִיט מַיינֶע מֶענְטְשְׁן, וָואלְטְן זֵיי גֶעשִׁיקְט זֵייעֶרֶע קִינְדֶער לֶערְנֶען בַּיי מִיר דֶּרֶךְ אֶרֶץ"; ווייל דער עיקר פונעם מענטש איז די מידות. אויב מען פירט זיך מיט דרך ארץ ווייזט דאס אז דער מענטש איז א וואוילער מענטש, אבער אויב מען פירט זיך אויף מיט חוצפה, מען שטערט די כיתה, דעמאלט זעט מען גלייך אז דער מענטש איז נישט קיין ערליכער מענטש.


דער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן העלפן, אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן, חוץ אן עזות פנים"; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם", פאר אן עזות פנים איז דא איין עצה – אים לייגן אין גיהנום; דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך אויפפירן צו אייערע טיטשערס מיט דרך ארץ, מיט דעם וועט איר זיך איינקויפן א גוטע נאמען און איר וועט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב.


זעט זיך צו חבר'ן זיך נאר מיט ערליכע מיידלעך וואס פירן זיך מיט דרך ארץ און צניעות.


איר דארפט נישט מורא האבן וכו'; אז איר וועט זיך אויפפירן איידל פון יעצט און ווייטער וועט אייך אייער טיטשער מוחל זיין און ליב האבן, עס וועט אייך גארנישט שאטן - נישט פאר אייך און נישט פאר אייערע קינדער.

#31 - ווי אזוי שלאפט מען בצניעות?
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, איך האב געליינט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו אז מ'קען שלאפן אן זאקן, וואס טוט מען אבער אז די פיס דעקט זיך אויף אינמיטן שלאף? און אויך דארף די האלז פון די נאכט קלייד זיין אינגאנצן פארמאכט?


א גרויסן יישר כח פאר אלע פאר אלע שיעורים און דרשות, איך שעפ דערפון אסאך חיזוק און עצות.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו האבן א געפיל צו צניעות און אז די קינדער זאלן האבן אין דעם א געפיל, זיי זאלן וויסן אז די שענסטע זאך ביי אונז אידן איז צניעות און די גרויסע שכר וואס דער אייבערשטער באצאלט פאר די וואס פירן זיך איידל; אזוי ווי חכמינו זכרונו לברכה זאגן (במדבר רבה ח, ט): אויפן פסוק (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ", ווען מען פירט זיך בצניעות איז מען זוכה צו ערליכע קינדער: "בַּעֲלֵי מִקְרָא, בַּעֲלֵי מִשְׁנָה, בַּעֲלֵי מַעֲשִׂים טוֹבִים".


ווען מען שלאפט האט מען נישט אן זאקן נאר מען דעקט זיך צו מיט א דעק - דאס איז צניעות; מען דארף געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין נד.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", די תורה איז נישט געגעבן געווארן פאר מלאכים; מען שלאפט צוגעדעקט און אז די פוס דעקט זיך אויף – זאגן שוין חכמינו זכרונם לברכה (נדרים כז:): "אוֹנֶס רַחֲמָנָא פָּטְרֵיהּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - ווי אזוי קען איך ראטעווען מיין שוועסטער
סמארטפאון, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף אן עצה וועגן מיין שוועסטער, א 15 יעריג מיידל פון א חסידישע שטוב, וואס גליטשט יעדן טאג מער און מער פון אידישקייט. זי האט א סמארטפאון אן א פילטער און זי איז פארנומען מיט דעם טאג און נאכט. וואלט איר מיר געקענט געבן אן עצה צו וועמען צו גיין? צו וועלכע עסקנים זיך צו ווענדען? איז דא עפעס וואס איך קען טון איר צו ראטעווען?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט העלפן דיין שוועסטער זי זאל נישט אוועק גליטשן פון אידישקייט זאלסטו איר רופן צו דיר אין שטוב זי זאל פארברענגען מיט דיר, מיט דיין ווייב און מיט דיינע קינדער; אז זי וועט זען דיין ווארעמע שטוב, דיינע זיסע קינדער און דיין שיינע אויפפירונג - ווי אזוי דו רעדסט מיט דיין ווייב און קינדער, דאן וועט זי מחליט זיין אפצולאזן אלע נארישקייטן און זיך פירן ערליך.


ליידער זענען דא היינט אסאך בני הנעורים וואס גייען אוועק פונעם דרך התורה ווייל זיי מיינען אז דער 'נישט איד' האט א גוט לעבן; על פי רוב זענען דאס קינדער וואס זענען דערביטערט און צעקלאפט קומענדיג פון צעבראכענע שטובער, קינדער וועם מען טשעפעט, אדער קינדער וואס טרעפן זיך נישט דאס פלאץ אין שטוב, אלץ רעזולטאט אנטלויפן זיי צום סמארטפאון און קומען אן צו אלע שלעכטע זאכן השם ירחם. דעריבער, ווען מען ווייזט זיי א ווארעמע אידישע היים און זיי זעען דאס לעבנסשטייגער פון אן ערליכער איד, ווי ער רעדט שיין און איידל מיט זיין ווייב און קינדער, ווי זיס א שבת'דיגע סעודה איז, דורכדעם ווילן זיי אלע בלייבן ערליכע אידן.


לאז זיך אפ פון עסקנים וכו', געדענק וואס דער נביא זאגט (ישעיהו ב, כב): "חִדְלוּ לָכֶם מִן הָאָדָם אֲשֶׁר נְשָׁמָה בְּאַפּוֹ כִּי בַמֶּה נֶחְשָׁב הוּא"; אנשטאט טראכטן און זוכן עסקנים וואס קענען זיך אליינס נישט העלפן ווענד זיך ענדערש צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל אריין לייגן אין דיין שוועסטער און אין אלע אידן א רוח טהרה - א הייליגע גייסט און א ריינקייט, מיר זאלן שוין זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו וואס דעמאלט וועט אוועקגיין די רוח הטמאה און עס וועט אראפ קומען א הייליגקייט אויף די וועלט, אזוי ווי עס שטייט (זכריה יג, ב): "וְאֶת רוּחַ הַטֻּמְאָה אַעֲבִיר מִן הָאָרֶץ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#29 - מעג מען אפזאגן א שידוך ווייל יענער איז נישט קיין ברסלב'ער?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און איך האב ב"ה זוכה געווען צו זיין צוויי מאל ביים ציון פון מוהרא"ש אין יבנאל, און דארט אויסגעזאגט צוויי מאל גאנץ תהלים, און איך האף צום אייבערשטן צו טרעפן מיין ריכטיגע שידוך בקרוב.


איך הער ביי די שיעורים ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט זייער אסאך וועגן נישט אפזאגן שידוכים, מיין שאלה איז אז אזוי ווי איך וויל זייער שטארק האבן א ברסלב'ע שידוך, אדער כאטש א בחור וואס הערט די שיעורים און פירט זיך לויט די שיעורים, מיינע עלטערן זענען אויך מסכים אויף א ברסלב'ע שידוך אבער דערווייל האט מען נאכנישט אנגעטראגן אזא שידוך.


איז מיין שאלה אויב איך מעג אפזאגן שידוכים, צוליב דעם אז דער בחור איז נישט קיין ברסלב'ער.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל, כ"א אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען מען טוט א שידוך דארף מען דער עיקר קוקן אויפן בחור, צי ער האט יראת שמים און גוטע מידות.


אז מען איז זוכה און מען טרעפט א בחור מיט גוטע מידות און יראת שמים האט מען א גוט לעבן, מה שאין כן א בחור אן יראת שמים און אן גוטע מידות איז א סכנה צו לעבן מיט אזא איינעם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן פאר א טאטע וואס זיכט א שידוך פאר זיין טאכטער (פסחים מט:): זאלסט נישט חתונה מאכן דיין טאכטער מיט אן עם הארץ, "רַבִּי מֵאִיר אוֹמֵר כָּל הַמַשִׂיא בִּתּוֹ לְעַם הָאָרֶץ", ווייל אויב א טאטע נעמט פאר זיין טאכטער א מאן אן עם הארץ, "כְּאִילוּ כּוֹפְתָהּ וּמַנִּיחָהּ לִפְנֵי אֲרִי", איז אזוי ווי ער וואלט איר געבינדן און געלייגט פאר א לייב וואס דאן וואלט איר דער לייב זיכער פארציקט, אזא סכנה איז חתונה צו האבן מיט איינעם אן יראת שמים; אזוי אויך זאג איך אייך, עס איז נישט גענוג צו באקומען א בחור וואס פאררופט זיך א ברסלב'ער חסיד, ווייל נישט יעדער בחור וואס פאררופט זיך א "ברסלב'ער" איז א ברסלב'ער בחור; ליידער ביים רבי'ן אליינס דרייען זיך כל מיני מענטשן וכו' וכו' השם ירחם, דעריבער זאלט איר דער עיקר נאכקוקן אויף זיינע מידות און אויף זיין יראת שמים.


וויסן זאלט איר אז א פרוי האט זייער שטארקע כוחות - סיי לטוב און סיי אויף פארקערט, א פרוי קען אויפהייבן איר מאן ער זאל ווערן א גרויסער צדיק און חס ושלום אים אראפ ברענגען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת", עס איז געווען א מעשה מיט אן ערליכער איד וואס האט חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, "וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָנִים זֶה מִזֶּה", און עס זענען אריבער אסאך יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער, "אָמְרוּ אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלוּם, עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה", צום סוף האבן זיי זיך גע'גט, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער ערליכער איד האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע, און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, פירט אויס דער מדרש: "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אינעם פרוי; אז איר וועט זיך פירן ווי דער רבי לערנט אונז, איר וועט זיין שטענדיג פרייליך, יעדע זאך וואס איר דארפט נאר וועט איר זיך נאר ווענדן צום אייבערשטן און איר וועט זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ, דאן וועט אייער מאן אייך נאכגיין.


בעט'ס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג וואס זאל זיין אן ערליכע געזונטע פרייליכע בחור; א בחור וואס לעבט מיט די תורה, לעבט מיט אמונה, גלייבט אין דיר און גלייבט אין צדיקים. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זוכה זיין אויפצושטעלן דורות ערליכע אידן און איך און מיין מאן זאלן לעבן בשלום מיט אהבה מיט אחוה און פרידן"; אזוי זאלט איר מתפלל זיין און צולייגן בפרטי פרטיות אלע פרטים און פרטי פרטים וואס איר דארפט און ווילסט האבן אין אייער לעבן, וועט אייך דער אייבערשטער העלפן אז איר וועט זוכה זיין צו דעם אלעמען.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב אייער זיווג און אויפשטעלן א שיינע ערליכע אידישע שטוב.

#28 - מיין שטוף טאטע הרג'ט מיין לעבן מיט'ן סמארטפאון
כיבוד אב ואם, סמארטפאון, התחזקות, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל פון ארץ ישראל, איך האב געזען דעם ניגון פונעם ראש ישיבה שליט"א וואו עס ווערט גוט אראפגעלייגט ווי אזוי א טאטע איז פארנומען מיט זיין סמארטפאון און ער האט נישט קיין צייט און געדולד אויסצוהערן זיין קינד וואס וויל דערציילן זאכן פון חדר.


איך האב געוויינט ווען איך האב דאס געזען, ווייל דאס איז וואס קומט פאר ביי מיר אינדערהיים. מיין מאמע האט חתונה געהאט נאכאמאל, און מיין שטוף טאטע האט געקויפט א טייערע סמארטפאון פאר מיין מאמע, און דארט האט זיך מיין לעבן געענדיגט, ס'איז נישטא מער ווער ס'זאל מיר אויסהערן, איך האב מער נישט צו וועם צו רעדן.


איך שפיר ווי איך גיי ממש אראפ פון זינען פון גרויס צער, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מחזק זיין?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, ט' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע אייערע כוחות; אפילו איר גייט אריבער זייער ביטערע יסורים פון אייערע עלטערן וכו', איר שפירט זיך איינער אליינס און אייער צער איז זייער גרויס, זאלט איר אבער וויסן אז דער אייבערשטער הערט אייך אויס; ער ווארט אז איר זאלט רעדן צו אים, און ער וועט אייך געבן אלעס וואס איר בעט אים.


דער אייבערשטער פאררופט זיך מיטן נאמען: "אֲבִי הַיְתוֹמִים", דער טאטע פון די יתומים. אויף דעם זאגן אונז חכמינו הקדושים (שמות רבה ל, ח) רבי יוסי זאגט: פארוואס האט דער אייבערשטער ליב יתומים און אלמנות? "אֶלָּא שֶׁאֵין עֵינֵיהֶם תְּלוּיוֹת אֶלָּא בּוֹ", ווייל זיי האבן נישט צו וועמען זיך צו ווענדן, דערפאר ווענדן זיי זיך נאר צו אים, אזוי ווי עס שטייט (תהלים סח, ו): "אֲבִי יְתוֹמִים וְדַיַּן אַלְמָנוֹת", דער אייבערשטער איז דער טאטע פון די יתומים און נעמט זיך אן פאר אלמנות; זעט מען אז דער אייבערשטער האט ליב די מענטשן וואס האבן קיינעם נישט אויף דער וועלט.


בפרט קינדער וואס זייערע עלטערן האבן זיך גע'גט לא עלינו, אדער קינדער וואס די עלטערן זענען צעטיילט וכו' וכו' אויף זיי איז זייער א גרויסע רחמנות, ווייל זיי האבן נישט צו וועם צו רעדן; אויף זיי האט דער אייבערשטער זייער שטארק רחמנות און הערט צו זייער וויי געשריי.


דעריבער בעט איך אייך, נעמט אן די עצה פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געגעבן אזא שיינע מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; איר זאלט גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויס רען אייער הארץ צום אייבערשטן. פארציילט אים אייער ווייטאג, זאגט'ס אים אז איר שפירט זיך איינער אליין; איר האט נישט קיין טאטע און יעצט האט אייער מאמע חתונה געהאט, און אלץ רעזולטאט שפירט איר זיך איבעריג אין שטוב וכו' וכו'. אז איר וועט רעדן צום אייבערשטן אויף אייער שפראך וועט זיך עפענען פאר אייך א נייע לעבן; איר וועט אנהייבן שפירן עפעס וואס איר האט נאך קיינמאל בעפאר נישט געשפירט, איר וועט אנהייבן לעבן א גוטע לעבן.


איך וועל אייך דערציילן א מעשה וואס די מעשה וועט אייך שטארק צוניץ קומען אין אייער לעבן. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געבוירן געווארן ווען זיינע עלטערן זענען געווען זייער אלט, ער האט קיינמאל נישט געקענט זיין מאמע נאכדעם וואס זי איז נפטר געווארן בשעת זי האט אים געבוירן. ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן און געזאגט בזה הלשון: "ישראל'יק, איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט כדרך כל הארץ, איך בעט דיר זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם! דו ביסט נישט אליין; דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר", און דערנאך איז ער נפטר געווארן.


דער בעל שם טוב - אלט זייענדיג פינף יאר – האט זיך געטראפן איינער אליינס אין א גרויסע וועלט – אן א טאטע און אן א מאמע. ער האט אבער שטענדיג געדענקט זיין טאטע'ס לעצטע ווערטער: "ישראל'יק, זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם! דו ביסט נישט אליין; דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר", אזוי איז ער אויפגעוואקסן, און וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן.


דאס זאלט איר אויך געדענקען אייער גאנץ לעבן, זאג'ט זיך עס אליינס: "איך בין קינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר"; וואס איר דארפט זאלט איר פון אים בעטן, און וואס עס שטערט אייך זאלט איר אים דערציילן; וועט אייך גוט זיין און איר וועט לעבן א פרייליכע לעבן.


איר דארפט פארשטיין אייער מאמע אז זי האט חתונה געהאט; איך ווייס אז דאס איז אייך זייער שווער און עס שטערט אייך, איר שפירט ווי דער שטיף טאטע נעמט איר אוועק פון אייך וכו'. איר דארפט אבער געדענקען אז פאר אייער מאמע איז שווער צו זיין אליינס; קיינער וויל נישט זיין אליינס, איר ווילט אויך נישט זיין אליינס. איר וועט אויך אם ירצה ה' בקרוב זיך בויען א היים ווען איר וועט טרעפן אייער ריכטיגער זיווג, זאלט איר נישט וויי טון אייער מאמע. איר זאלט שעצן איר מאן און אים מכבד זיין.


אין זכות פון כיבוד אם וועט איר זוכה זיין צו טרעפן אייער זיווג בקרוב.

#27 - איך בעט שוין אזויפיל, און איך זע נאכנישט קיין ישועה, פארוואס?
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים וואס העלפן מיר אזויפיל אין לעבן.


איך בין א 15 יעריגע מיידל, מיר וואוינען אין א דירה מיט נאר איין שלאף שטוב, מיט 5 נפשות, און מיר זענען זייער צודריקט. איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז מיין טאטע זאל טרעפן א גרעסערע דירה פאר אונז, איך האב זיך שוין פארגענומען אפאר זאכן, אבער גארנישט האט געהאלפן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה אדער א סגולה צו טרעפן א דירה.


א דאנק פון פאראויס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען מען בעט דעם אייבערשטן און מען זעט נישט קיין ישועה טאר מען נישט טראכטן אז די תפילות גייען חס ושלום לאיבוד; קיין איין תפילה גייט נישט לאיבוד. אסאך מאל נעמט דער אייבערשטער די תפילות און נוצט דאס פארן לעבן פונעם מענטש, אבער קיין איין תפילה ווערט נישט פארלוירן; מיר דארפן ווייטער מתפלל זיין און האפן צום אייבערשטן אז מען וועט בקרוב באקומען די ישועה.


נאך אביסל קומט איר שוין אריין אין די יארן פון שידוכים, דעריבער בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


זעט צו זאגן יעדן טאג אביסל תהילים וועט איר זען גרויסע ניסים אין לעבן; אין תהילים ליגט אלע ישועות.

#26 - וואס טו איך אז איך האב נישט קיין געדולד צו דאווענען?
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א היימישע מיידל פון א היימישע חסידישע סקול, איך האב געלערנט אלע יארן די וויכטיגקייט פון דאווענען, ספעציעל אין די יארן ווען מ'האט נאכנישט די עול פון א מאן מיט קינדער, למעשה איז מיר אבער זייער שווער צו דאווענען. אפילו איך קען גוט די פירוש המילות ווערט מיר אבער זייער לאנגווייליג צו דאווענען יעדן טאג די זעלבע ווערטער פונעם סידור.


ווען איך זאג תהלים איז מיר נישט אזוי לאנגווייליג, ווייל איך זאג אלעמאל אנדערע קאפיטלעך, אויך ווען איך רעד צום אייבערשטן יעדן טאג עטליכע מינוט, איז מיר אויך גרינגער, אבער דאס דאווענען אין סידור איז מיר זייער שווער. וויל איך וויסן וואס איז די ווייניגסטע וואס א מיידל דארף דאווענען, בין אין מחויב צו דאווענען מער פון ברכות און קריאת שמע?


א גרויסן ש'כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר בחקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און געפרעגט דעם רבי'ן ממש די זעלבע שאלה וואס איר פרעגט; ער האט געפרעגט דעם רבי'ן וואס ער זאל טון אז ער האט נישט קיין געדולד צו דאווענען, האט אים דער רבי געזאגט: זאלסט דאווענען אן געפיל און אן געדולד, דער געפיל וועט שוין נאכקומען, "כְּמוֹ לְמָשָׁל שֶׁנִּמְצָא לִפְעָמִים שֶׁהָאָדָם עוֹשֶׂה לְעַצְמוֹ רֹגֶז, עַד שֶׁבָּא בְּכַעַס, וְנִתְרַגֵּז",  אזוי ווי איינער מאכט זיך ברוגז און נאכדעם ווערט ער טאקע ברוגז. דאס זעלבע זאך איז מיטן דאווענען, מען זאל קודם דאווענען אן קיין געפיל, מען זאל דאווענען מיט א חיות און זיך מאכן ווי מען האט א געפיל און א חשק, און די געפיל וועט שוין נאכקומען (שיחות הר"ן, סימן עד).


דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְעֵצָה זֹאת הִיא עֵצָה גְּדוֹלָה מְאֹד גַּם בְּכָל הַדְּבָרִים שֶׁבִּקְדֻשָּׁה. שֶׁבִּתְחִלָּה צְרִיכִין לַעֲשׂוֹת עַצְמוֹ כְּאִלּוּ הוּא לָהוּט אַחַר אוֹתוֹ הַדָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה וְאַחַר־כָּךְ זוֹכִין בֶּאֱמֶת לָזֶה", אזוי דארף מען זיך פירן מיט יעדע דבר שבקדושה, מען זאל טון אלע מצות וואס דער אייבערשטער הייסט טון אפילו אן געפילן און אן א טעם, נאר מען זאל זיך מאכן ווי מען וויל דאס זייער שטארק טון, און נאכדעם וועט מען טאקע זוכה זיין צו שפירן א טעם אין די מצוות.


דעריבער זאלט איר דאווענען אפילו איר האט נאך נישט קיין געפיל, ביז דער אייבערשטער וועט העלפן אז איר וועט אנהייבן שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אייך, דעמאלט וועט איר שוין נישט אפלאזן דעם סידור.


די סיבה פארוואס מענטשן זענען מזלזל אין תפילה איז ווייל מען האט נישט קיין אמונה; אפילו די וואס גלייבן אינעם אייבערשטן גלייבן אבער נישט אז דער אייבערשטער איז מיט זיי יעדע רגע. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם, 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ' וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו, וּבִשְׁבִיל שֶׁהָאָדָם אֵינוֹ יוֹדֵעַ זאֹת יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם, בִּשְׁבִיל זֶה אֵינוֹ מִתְלַהֵב כָּל כָּך, וְאֵינוֹ מְדַקְדֵּק כָּל כָּך", ווען א מענטש וואלט געהאט א קלארע ריינע אמונה, ער וואלט געוואוסט אז דער אייבערשטער איז דא מיט אים, ביי אים און נעבן אים און ער שטייט און ווארט צו הערן וואס ער בעט אים, וואלט ער זיכער געדאוונט מיט א געפיל, נאר וויבאלד דער מענטש האלט נאך נישט ביי די קלארע אמונה, האט ער נישט קיין געפיל אין דאווענען.


דארף מען אויף דעם אליינס בעטן; מען זאל האבן א ריינע אמונה, מען זאל שפירן און זען דעם אייבערשטן, מען זאל וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער איז דא, עס איז 'מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ'; דעמאלט וועט מען זיך נאר ווענדן צו אים, און דעמאלט וועט מען נישט אפלאזן דעם סידור.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע אייערע וועגן.

#25 - איך וויל נאר א ברסלבער חתן, וואס זאל איך טון?
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל אין די יארן, מיין עלטערן זוכן פאר מיר א שידוך, איך הער אבער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך וואלט זייער געוואלט האבן א חתן וואס הערט אויך די געוואלדיגע לימודים.


ווען מיין מאמע האט אבער געהערט אז איך וויל א ברסלב'ע שידוך האט זי נישט געוואלט הערן דערפון, זי ווייסט דאך נישט וואס ברסלב איז. מיין שאלה איז אויב זאל איך זיך עקשנ'ען און ווארטן דוקא נאר אויף א ברסלב'ע שידוך, אדער נישט.


דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו פאר א כלה אז זייער אסאך בחורים הערן די שיעורים אויך אין אנדערע ישיבות, איך זע אבער ביי מיינע ברידער אז נישט אלע הערן די שיעורים, און איך זע אויך ביי זיי ווי אזוי עס זעט אויס א לעבן אן די לימודים, און איך וויל זייער נישט אז מיין לעבן זאל אזוי אויסזען.


איך וויין אסאך צום אייבערשטן וועגן דעם, איך ווייס אבער נישט וואס איך דארף צו טון, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן א קלארע ענטפער וואס איך האב צו טון.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי זייער גוט אייערע עלטערן פארוואס זיי ווילן נישט קיין ברסלב'ער בחור פאר אן איידעם, ווייל עלטערן ווילן נאר דאס גוטס פון די קינדער, עלטערן ווילן דאס בעסטע פאר די קינדער, און היות זיי האבן געהערט אסאך לשון הרע אויף ברסלב, ווילן זיי נישט קיין ברסלב'ער בחור, אבער ווען זיי וואלטן געוואוסט וואס ברסלב איז, וואלטן זיי "נאר" גענומען א ברסלב'ער בחור פאר אן איידעם. ווייל ביים רבי'ן איז 'שלום בית' א יסוד היסודות, און דער רבי האט זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם". דער רבי האט געזאגט: מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים און צער לידה וכו'.


זאל איינער ברענגען נאך א צדיק פון צוויי הונדערט יאר צוריק וואס האט אזוי פארלאנגט פון זיינע תלמידים מען זאל אכטונג געבן אויף די כבוד פון די ווייב; 'שלום בית' איז ביים רבי'ן א יסוד, און ווער עס ווייסט מבחין צו זיין, זעט ווי שיין ברסלב'ער אידן לעבן; מען איז מכבד די ווייב, מען לעבט מיט תכלית און מען ציט אויף אן ערליכער שטוב פארן אייבערשטן.


דעריבער זאלט איר זיין זייער שטארק ביי זיך און קלאר שטעלן פאר אייערע עלטערן אז איר ווילט אויפשטעלן א ברסלב'ער שטוב; זאגט זיי: "טייערע טאטע און מאמע, איך בין א ברסלב'ער, מיין לעבן איז דער הייליגער רבי, איך לעב פון דעם רבינ'ס חיזוק און פונעם רבינ'ס עצות; בעט איך ענק טייערע טאטע מאמע, הערט אליינס אויס וואס מען רעדט אין ברסלב, וואס מען פארקויפט אין ברסלב; קוקט אייך צו ווי אזוי ברסלב'ער אידן לעבן, וועט איר זיך איבערצייגן אז מיר האבן איין ציל אין לעבן, איך וויל וואס איר ווילט און איר ווילט וואס איך וויל"; אזעלכע ווערטער זאלט איר רעדן צו אייערע עלטערן, דאן וועט זיך אלעס טוישן. געדענקט וואס שלמה המלך זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַךְ, יָשִׁיב חֵמָה", דער וואס רעדט שיינע רייד נעמט אוועק כעס; אז מען רעדט שיינע ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל, פועל'ט מען ביים סוף.


אודאי זאלט איר נישט פארגעסן פאר איין סקונדע אז א שידוך קומט "נאר" פונעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): לבן און בתואל האבן געזאגט פאר אליעזר עבד אברהם: "מיר קענען נישט צוריק האלטן רבקה פון חתונה האבן מיט יצחק, ווייל 'מֵה' יָצָא הַדָּבָר'"; אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ, כִּי מֵה' הִיא", די עלטערן פון שמשון הגיבור האבן נישט געוואוסט אז זיין שידוך וואס ער האט געטראפן קומט פונעם אייבערשטן; און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון די עלטערן, אבער א שידוך קען מען נישט באקומען בירושה פון עלטערן, דאס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליינס.


מאכט תפילה, דאווענט צום אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו א בחור א ירא שמים וואס זאל זיין אן ערליכער מאן, בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר! איך וויל אויפשטעלן א ערליכע שטוב, א ווארעמע שטוב, א שטוב אזוי ווי דער רבי לערנט אונז, א שטוב וואו מען וועט לעבן מיט אמונה, מיט שמחה, מיט קדושה, א שטוב וואו איך און מיין מאן וועלן זיך מכבד זיין. העלף מיר אייבערשטער אז מיינע עלטערן זאלן נישט אויסהערן לשון הרע אויפן הייליגן רבי'ן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט טרעפן בקרוב אייער שידוך, און אודאי זאלט איר זוכה זיין צו טרעפן א בחור וואס לעבט מיטן באשעפער און האט מורא פונעם אייבערשטן, אמן.

#24 - וואס קען איך טון אז איך זאל ווערן דאר פאר מיין חתונה?
רפואה, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף אלע שיעורים און בריוון, וויפיל איך בין ב"ה אויפגעוואקסן מיט די עצות פון רבי'ן לייגט איר עס אבער אראפ אזוי שטארק, אז מען קען זיך נישט ארויס דרייען פון עס מקיים זיין.


איך דארף הילף, איך בין א כלה געווארן פאר 2 חדשים צוריק ב"ה, אין די לעצטע תקופה האט מיר עפעס אנגעכאפט און איך עס א גאנצן טאג! מיין לעבן איז באמת גוט איך זעה נישט פארוואס עסן דארף מיר אזוי שווער מאכן.


איך דאווען אויף דעם, איך זאג ליקוטי תפילות אויף תאוות אכילה און אויך תהילים, אבער עס איז אזוי ווי נישט איך בין באלעבאס אויף זיך נאר א צווייטער. איך האב זיך פיינט אז איך בין נישט שולט אויף זיך, אז די עסן איז שטארקער פון מיר, עס פארשעמט מיר, איך האב זיך נישט ליב צו זען אין שפיגל.


ווען איך עס צו סאך, שטעק איך אריין א פינגער און איך ברעך עס אויס, איך ווייס אז דאס איז נישט געזונט, אבער איך מוז חתונה האבן דאר! איך האב נישט מיט וועמען צו רעדן איבער דעם, ווייל באמת בין איך נישט אזוי גראב, און איך עס באהאלטענערהייט.


איך האב געקוקט אין ספר המידות און אין ליקוטי עצות-אכילה, און איך טרעף נישט א וועג ארויס. איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גוט און אז איך קען זיך פארלאזן אויף אים. איר האט אפשר אן עצה פאר מיר?


א ריזיגן יישר כח פאר'ן אוועק געבן פון אייער צייט צו ענטפערן דעם בריוו.


א כלה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הכלה תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט אז איר האט געקוקט אין ספר המידות און איר זעט נישט קיין עצה; קוקט וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפלה, סימן לז): "עַל כָּל הַדְּבָרִים הֵן עַל דָּבָר גָדוֹל, הֵן עַל דָּבָר קָטָן תִּתְפַּלֵּל", אויף יעדע זאך - סיי א גרויסע זאך און סיי א קליינע זאך - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן; מיט תפילה קען מען אלעס באקומען.


ווען א מענטש געוואוינט זיך צו יעדע זאך צו שמועסן מיטן אייבערשטן, דער מענטש לעבט זיך אין גן עדן. ער קען זיך ליידן און ער קען ליידן א צווייטן. ער לעבט מיט אמונה; ער ווייסט אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, עס פאסירט גארנישט פון זיך אליין און ער איז צופרידן פון זיך.


בעטס דעם אייבערשטן ער זאל אייך העלפן איר זאלט לעבן א לעבן פאר זיך, עס זאל אייך נישט אנגיין וואס א צווייטער זאגט. עס זענען נעבעך דא מענטשן וואס לעבן פאר א צווייטן און פון דעם ווערן זיי קראנק. ווייל זיי טראכטן כסדר 'אפשר בין איך נישט דאר וכו'?', זייער אסאך אידישע מיידלעך און ווייבלעך ליידן פון די מחלה פון זיין אויסגעדארט; מען פייניגט זיך ווייל מען דמיונ'ט אז מען איז נישט דאר. מען טוט פעולות אויסצוברעכן דאס עסן וואס מען עסט, ביז מען קומט חס ושלום אן צו א מצב פון סכנת נפשות.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן עא): "הַחֹלָאַת שֶׁל כְּחִישַׁת הַבָּשָׂר, הַנִּקְרָא דַּאר, הַבָּא עַל אֶחָד מִבְּנֵי-הַבַּיִת, הוּא סִימָן לְדַלּוּת"; די מחלה פון זיין דאר ווייזט אויף ארעמקייט; ווער איז אן ארימאן? איינער וואס לעבט נישט מיט אמונה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מא:): "אֵין עָנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת"; ווען א מענטש האט אמונה, ער לעבט מיטן אייבערשטן, ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט נאר דער אייבערשטער, וועט ער זיך נישט מאכן נאריש ווי אזוי ער זעט אויס.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר גייט שוין חתונה האבן, און בעטס דעם אייבערשטן פאר געזונטע ערליכע קינדער. בעטס אים אז די שכינה זאל אייביג רוען ביי אייך אין שטוב.