שאלה אין קורצן ענין
#3 - ווי אזוי געב איך זיך אן עצה מיט מיין נסיון פון כעס?
רפואה, מדות טובות, כעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען עס קומט מיר אונטער א נסיון פון כעס און איך האלט זיך איין, דאן פלאצט עס אויס נאכדעם זייער שטארק, ווען איך רעג זיך אבער יא אויף בשעת מעשה, גייט עס נאכדעם אריבער. איז מיין שאלה וואס ס'איז בעסער צו טון, למעשה וואלט דאך געווען דאס בעסטע זיך איינצוהאלטן, וואס טו איך אבער אז נאכדעם פלאצט עס אויס אזוי שטארק?


מרדכי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר בחקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרדכי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לערן יעדן טאג די תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן סח) וואו דער רבי איז זייער שיין מסביר וואס עס פאסירט ווען מען רעגט זיך אויף, און דו זאלסט זיך גוט מתבודד זיין אויף די תורה, דורכדעם וועט דיר שוין נישט גליסטן זיך אויפצורעגן.


דער הייליגער רבי זאגט דארט אז כעס און געלט קומען פון די זעלבע פלאץ, און יעדעס מאל עס איז באשערט עס זאל קומען אויף א מענטש א רייכטום קומט דער יצר הרע – וואס פארגינט נישט דעם מענטש ער זאל ווערן רייך – און ער ברענגט אים א נסיון פון כעס, און ווען דער מענטש רעגט זיך אויף פארלירט ער די גאנצע עשירות וואס ער האט געדארפט באקומען; כעס איז אבער אזא שטארקע נסיון אז אפילו דער מענטש ווייסט אז דורך די כעס וועט ער פארלירן זיין עשירות - דאך רעגט ער זיך אויף, דערפאר אז דו וועסט אסאך לערנען די תורה און זיך אויסוויינען דערביי, וועט דיר שוין נישט גליסטן זיך אויפצורעגן.


אלע רפואות, עצות און סגולות ליגן אין רבינ'ס תורות, אין ליקוטי מוהר"ן; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וְאָמַר בְּזוּ הַלָּשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען"; ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, ער וועט ווערן אן ערליכער איד; דערפאר זאלסטו לערנען די תורה פון כעס (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סח) און זיך גוט אויסוויינען דערביי צום אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו האבן סבלנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - איך עס מרור מיט מיינע קינדער
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, כעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין געשריבן עטליכע מאל פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז מיינע קינדער געבן מיר עסן מרור, און כאטש וואס יעצט ווילן זיי האבן קשר מיט מיר, בין איך אבער נמאס געווארן פון זיי. ס'קען זיין אז איך אנטלויף פאר שלחן עורך, אבער איך שפיר אז איך האב מער נישט קיין כח צו זיי, איך מאך אסאך התבודדות וועגן דעם, איך פיל אבער אז ס'העלפט נישט.


איך וועל אייך געבן א משל וואס איך האב געהאט די וואך. איין טאג בין איך געווען ממש איבערגעפילט מיט צער און איך בין געגאנגען זיך אויסרעדן מיין הארץ צום אייבערשטן, איך האב געשפירט ווי איך האב ארויסגעגעבן מיין גאנצע צער, ווען איך בין אבער צוריק געקומען האב איך געטראפן מיין זון נאך ליגן אין בעט, דאס האט מיר אזוי אויפגערעגט, אז די גאנצע שעה התבודדות איז געווען לא נודע כי באו אל קרבנה.


ביטע העלפט מיר ארויס. יישר כח.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, כ"ד אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הייב אן טראכטן אז עפעס גייט פאר מיט דיר... זיי מיר מוחל אויף וואס איך גיי דיר זאגן אבער איך הייב אן פארשטיין דיינע קינדער. אויב דו ביסט א מענטש וואס רעגט זיך אויף ווען דו זעסט דיין זון שלאפן וכו' דארפסטו קודם אסאך ארבעטן אויף דיר פאר דו ביסט פארנומען מיט דיינע קינדער.


נאכן ליינען דיין בריוו פארשטיי איך וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות התבודדות, סימן ב): "עַל-יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת וּמַפְנֶה לִבּוֹ לְבַטָּלָה, בָּא לְכַעַס"; זיי מיר מסביר וואס עס שטערט דיר אז דיין זון שלאפט זיך אויס אביסל? דו שרייבסט אז דאס האט דיר זייער אויפגערעגט; פריי דיך אז דיין זון קומט אהיים, ער שפירט זיך גוט אין שטוב און ער לויפט נישט אוועק וכו'.


דו האסט מיר שוין געשריבן זייער אסאך בריוו אז דו דארפסט חיזוק מיט דיינע קינדער, אז צוויי קינדער זענען אנטלאפן פון שטוב און יעצט זאגט דער דריטער אז ער גייט אוועק גיין וכו'; יעצט זע איך אז דו ביסט נישט גערעכט. קודם כל וואס הייסט "דו ביסט נמאס געווארן פון זיי"? דו שרייבסט אז זיי ווילן האבן קשר מיט דיר אבער "דו ביסט נמאס געווארן פון זיי"; אז דו ביסט נמאס פון זיי פארוואס זאלן זיי וועלן זיין אין שטוב? קוק וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", קינדער וואקסן אויף שוטים ווען זיי האבן א טאטע א כעסן.


ווען דו גייסט התבודדות זאלסטו קודם בעטן דעם אייבערשטן פאר דיר, אז דו זאלסט לעבן מיט ישוב הדעת, דו זאלסט זיך נישט אויפרעגן און דו זאלסט לעבן מיט אמונה אינעם אייבערשטן; אז דיין גאנצע התבודדות וועט זיין נאר אויף דיר וועסטו זיך נישט אויפרעגן נאכן גיין התבודדות, פארקערט, דו וועסט ווערן בטל צום אייבערשטן, גארנישט וועט דיר שטערן און גארנישט וועט דיר קענען אויפרעגן.


אודאי זאלסטו בעטן אז דיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן און זיי זאלן דיר ברענגען נחת וכו', אבער דער עיקר זאלסטו בעטן אז דו זאלסט לעבן מיט אמונה, דו זאלסט וויסן מיט א קלארקייט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות כעס, סימן לה): "כַּעַס בָּא עַל-יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת שֶׁאֵינוֹ כָּרָאוּי", אז דו וועסט בעטן אויף אמונה וועסטו זיך נישט אויפרעגן ווען עפעס וועט גיין אקעגן דיין ווילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי אזוי קען איך בארואיגן דעם מצב צופרי ביים גרייטן די קינדער צום באס?
חינוך הילדים, כעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן דאנק פון די אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייערע שיעורים.


איך האב א פראבלעם, אפשר וועט איר מיר קענען העלפן. יעדן אינדערפרי ווען איך מאך גרייט די קינדער צו קענען כאפן די באס צו גיין אין חדר און אין שולע, ווערט זייער אנגעצויגן דער מצב ביי מיר אין שטוב. איך שריי אסאך און איך רעג זיך אויף די קינדער, דערנאך פיל איך אזוי שלעכט אז איך האב אזויפיל געשריגן און זיך גערעגט אויף זיי, און איך ווער ממש שוואך פון דעם.


אפשר קענט איר מיר געבן אן עצה וואס צו טון? א גרויסן יישר כח פאר'ן נעמען די כח און צייט צו ענטפערן.


א אידישע מאמע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט אז צופרי קומט אייך אן זייער שווער מיט די קינדער.


איך וועל אייך שרייבן א גוטע עצה אויף דעם. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי וְשֶׁל בָּנַי וְהַתְּלוּיִים בִּי עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר מיר אז יעדן אינדערפרי ווען איך שטיי אויף געב איך זיך איבער צום אייבערשטן, איך געב איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פארן אייבערשטן, "גַּם אֲזַי אֵין צָרִיךְ לִדְאֹג וְלַחְשֹׁב כְּלָל 'אִם מִתְנַהֵג כָּרָאוּי אִם לָאו', מֵאַחַר שֶׁסּוֹמֵךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ. וְאִם הוּא יִתְבָּרַךְ רוֹצֶה בְּעִנְיָן אַחֵר – הוּא מְרֻצֶּה לְהִתְנַהֵג בְּעִנְיָן אַחֵר כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", עס איז זייער גוט זיך איבער צו געבן צום אייבערשטן גלייך אינדערפרי, אזוי דארף איך נישט טראכטן נאכדעם צי איך האב גוט געטון און אז אפשר וואלט איך געדארפט טון פארקערט. ווייל אז איך האב זיך איבער געגעבן צום אייבערשטן איז אלעס זיכער גוט.


אז מען נעמט אן דעם הייליגן רבינ'ס עצות איז דער לעבן אסאך גרינגער; ווען מען הייבט אן דעם טאג מיט תפילה, מען בעט דעם אייבערשטן אז די טאג זאל זיין מיט הצלחה און מען געבט זיך איבער צו אים, איז אלעס גרינגער.


אז איר שרייבט אז יעדן אינדערפרי ווערט איר איבער געשטרענגט מיט די קינדער וכו' ווען איר דארפט זיי גרייט מאכן צו גיין אין חדר און אין שולע; איר שרייט אויף זיי און נאכדעם טוט אייך וויי פארוואס איר האסט אויף זיי געשריגן וכו', פראבירט צו טון די עצה וואס דער רבי האט געטון.


יעדן אינדערפרי ווען איר שטייט אויף, זאלט איר זיך איבערגעבן צום אייבערשטן און אים בעטן אויפן טאג אז איר זאלסט זיין א גוטע מאמע, א רואיגע מאמע, א פרייליכע מאמע. אלעס ווענדט זיך אין די מאמע; ווען די מאמע איז פרייליך זענען די קינדער פרייליך און ווען די מאמע איז אנגעצויגן, זעט מען עס גלייך אן אויף די קינדער. א מאמע האט אויף זיך א גרויסע אחריות און אלעס ווענדט זיך אין איר, דערפאר בעטס אסאך דעם אייבערשטן אויף שמחה.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן: "רבונו של עולם העלף מיר אז היינט זאל איך נישט שרייען אויף מיינע קינדער. איך זאל רעדן שיין צו זיי, איך זאל זיי נישט פארשעמען און איך זאל חס ושלום נישט שרייען אויף זיי מיאוס'ע ווערטער. הייליגע באשעפער, העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן פאלגן וואס מען זאגט זיי, זיי זאלן מיר נישט אויפרעגן, און אויב זיי פאלגן נישט אויף די סקונדע זאל איך מיר נישט פארלירן. איך געב זיך אינגאנצן איבער צו דיר הייליגע באשעפער, איך געב דיר איבער אלע מיינע מחשבות אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פונעם היינטיגן טאג און פון אלע מיינע טעג. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז איך זאל זיין גוט-מוטיג, ווייל ווען איך בין פרייליך איז מיין מאן פרייליך, און אז איך און מיין מאן זענען פרייליך זענען די קינדער רואיג און צופרידן.


הייליגער באשעפער, העלף מיר און העלף מיין מאן אז מיר זאלן קענען אויפציען א שיינע ערליכע שטוב, מגדל זיין אונזערע קינדער צו תורה און צו עבודת השם יתברך. רבונו של עולם, איך דארף גארנישט און איך וויל גארנישט - נאר ערליכע קינדער, דער לעבן איז מיר נישט ווערט נאר אז מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן. איך וויל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט, קינדער וואס וועלן נאר טון דיין ווילן. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען חתונה מאכן מיינע קינדער יונגערהייט און גרינגערהייט, מיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן פון אלעס שלעכטס און זיי זאלן האבן נאר ערליכע חברים", די פאר שורות דאס איז נאר א וועג צו ווייזן ווי אזוי איר זאלט אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, אבער דער עיקר איז אז איר זאלט אליינס רעדן צום אייבערשטן אין אייערע ווערטער און אים בעטן אלעס וואס איר דארפט.


ווען פרויען זאלן וויסן ווי גרויס זייער שכר איז אויף דעם וואס זיי העלפן די אינגלעך גיין אין חדר און די מיידלעך אין שולע, וואלטן זיי געווען פרייליך און לוסטיג מיט דעם וואס זיי קענען אויפשטיין אינדערפרי אנגרייטן די קינדער וכו'. די הייליגע חכמים פרעגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין?" מיט וואס זענען פרויען זוכה צו עולם הבא? "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא וּבְאַתְנוּיֵי גַּבְרַיְיהוּ בֵּי רַבָּנָן וְנָטְרִין לְגַבְרַיְהוּ, עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנָן", מיט דעם וואס זיי מאכן גרייט די קינדער צו גיין אין חדר און די מיידליך אין מיידל שולע, און זיי ווארטן אפ די מענער וכו' דאס איז זייער זכות וואס וועט זיי ברענגען אין עולם הבא.


נאך זאגן חז"ל (שם): "גְּדוֹלָה הַבְטָחָה שֶׁהִבְטִיחָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּ הוּא לְנָשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים", דער אייבערשטער געבט פאר די פרויען מער שכר ווי פאר די מענער, ווייל זיי העלפן די קינדער און די מאן צו לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נחת פון אלע אייערע קינדער.