שאלה אין קורצן ענין
#24 - האב איך געדארפט צוריקגעבן די האנט פאר דעם עזות פנים?
סיפורי צדיקים, מחלוקת, שלום, מדות טובות, בזיונות, וויכוחים, עזות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין לעצטנס געווען ביי א משפחה שמחה, און עס איז אנגעקומען דארט איינער וואס האט מיר זייער אנגעשריגן ווען איך האב געוואלט אריינלייגן מיינע קינדער אין ..., ער איז צוגעקומען צו מיר וואונטשן מזל טוב, אבער איך האב אים ממש נישט געקענט צוריק געבן די האנט, איך האב זיך אוועקגעדרייט און אים איגנארירט. איך האב אים נישט געקענט דריקן די האנט אין די צייט ווען עס איז מיר ארויפגעקומען אין מח די חוצפה און עזות ווי אזוי ער האט גערעדט קעגן דעם הייליגן רבי'ן, ער האט געשריגן אויף מיר, "דו האסט א טויטע רבי אונטער דער ערד, און ענק טוען זיך וואס ענק ווילן", און אזוי איז ער געשטאנען און פארשעמט דעם הייליגן רבי'ן פאר עטליכע מינוט אין פארנט פון אסאך מענטשן וואס זענען דארט געשטאנען ארום; און דעריבער האב איך אים נישט געקענט קוקן אין פנים איידער ער בעט איבער דעם רבי'ן.


למעשה האב איך יעצט א שולד געפיל אויב איך האב ריכטיג געטון, אפשר האב איך אים יא געדארפט צוריק געבן די האנט, ווייל איך האב געזען אז ער איז גלייך ארויס פון זאל, אפשר איז ער פארשעמט געווארן פון מיר?


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר זאגן אויב איך האב געמאכט א טעות, צו וויסן אויף א קומענדיגע מאל ווי אזוי איז ריכטיג זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט נישט גוט געטון, מען טאר נישט פארשעמען א איד, זאל זיין וואס זאל זיין, און אז איינער וויל דיר ווינטשן ביי א שמחה מזל טוב, אז איינער געבט דיר די הענט - דארפסטו צוריק געבן און חס ושלום יענעם וויי טון, און אז יענער איז אן עזות פנים, ער רעדט אויפן רבי'ן - דאס איז נישט דיין עסק, דער רבי דארף נישט דו זאלסט זיך אננעמען פאר אים.


מוהרא"ש דערציילט, מען האט אמאל אין א שול זייער פארשעמט א ברסלב'ער חסיד, מען האט געדערט אויפן רבי'ן און דער ברסלב'ער חסיד האט געשוויגן און נישט געענטפערט. דארט איז געווען א איד, א חסיד פון א צווייטע חסידות, פרעגט ער דעם ברסלב'ן חסיד: "היתכן דו שווייגסט, דו נעמסט זיך נישט אן? וואלט איינער גערעדט אויף מיין רבי וואלט איך יענעם געענטפערט מנה אחת אפים!" האט דער ברסלב'ער חסיד געענטפערט: "אויפן הייליגן רבי'ן דארף איך זיך נישט אננעמען, ווייל אין הימל ווייסט מען פון רבי'ן, וועט מען זיך אננעמען פון הימל".


ובכן בעט איך דיר, נעם זיך נישט אן פארן רבינ'ס כבוד, דער רבי איז באקאנט אויבן אין הימל, דארט נעמט מען זיך אן פארן רבי'ן; זאלסט קיינמאל נישט וויי טון א איד.


מוהרא"ש האט אונז געזאגט, ווער עס וויל זיך אננעמען פאר זיין כבוד זאל לערנען נאך א פרק משניות, נאך א בלאט גמרא, נאך א קאפיטל תהלים, און אהיים גיין העלפן די ווייב, גיין הפצה וכו'; מיט דעם נעמט מען זיך אן פאר זיין כבוד, אבער חס ושלום וויי טון א צווייטן איד, חס ושלום נישט צוריק געבן די הענט וכו'.


קיינמאל זאלסטו נישט וויי טון א צווייטן, און אז איינער איז דיך מבזה  - זאלסטו דאס אננעמען פאר כפרת עוונות. דער טשערינער רב זכרונו לברכה האט געזאגט פאר איינעם פון אנשי שלומינו, ווען א מתנגד האט געווארפן אויף אים צואה, דער מתנגד האט דאס אריינגעווישט אין זיין בעקיטשע און עס פארשמירט, און דער וואס איז מיטגעגאנגען מיטן טשערינער רב האט זיך אויסגעדרייט און געשריגן: "אויף א רב ווארפט מען? שעם זיך!" האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייגן איז אונזער זאך, דער רבי האט אונז געלערנט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", הערן ווי מען ווערט פארשעמט און שווייגן - דאס איז תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - מוז מען זאגן "סיפורי מעשיות" פונקטליך אזוי ווי עס שטייט?
אחדות, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, תפילה והתבודדות, בית המדרש, היכל הקודש, שלום, סיפורי מעשיות, נערווען, גבאי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב די זכיה צו זיין א גבאי אין איינע פון די בתי מדרשים היכל הקודש, איך לערן נישט פאר, דער אנדערער גבאי לערנט פאר, און ווען ער לערנט פאר סיפורי מעשיות איז ער זייער מקפיד (נישט אין א שלעכטע וועג, נאר פאר מיר קראצט עס אין אויער) צו זאגן פונקטליך די אידישע לשון פון סיפורי מעשיות, אסאך מאל וועט ער אפילו איבערזאגן א ווארט צוויי דריי מאל שטייטערהייט צו מאכן זיכער אז ער האט גוט געזאגט דאס ווארט.


וויל איך פרעגן אויב עס איז דא א ענין צו פונקטליך ארויסזאגן יעדעס ווארט אזוי ווי עס שטייט? אדער אויב עס שטייט א ווארט וואס קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, אדער ווען אין די היינטיגע אידיש זאגט מען דאס ווארט אביסל אנדערש, מוז מען עס זאגן פונקטליך אזוי ווי עס שטייט? אדער צום ביישפיל די ווערטער, "כנ"ל, הנ"ל, דהיינו, מחמת", און דאס גלייכן, מוז מען דאס זאגן ווי עס שטייט?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס דארף דיך נישט שטערן די זאכן, דו פארלייג זיך אויף איין זאך, עס זאל זיין ליבשאפט אין שול, און אז דו ווערסט נערוועז פון עפעס - זאלסטו צוריקלויפן אין פעלד שרייען: "אייבערשטער וואס גייט מיך אן דאס, וואס גייט מיך אן יענץ? איך בין דאך א גאסט, איך גיי נאך אביסל זיין א גוסס, א נפטר - וואס איז מיט מיר? וואס ווער איך נערוועז פון יעדע זאך?!" טייערער ברודער, איין עצה איז דא, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן; אים דערציילן די אלע נערווען זאכן, די אלע נארישקייטן וואס שטערט.


דו ווייסט אודאי וואס מוהרא"ש האט מיט אונז גע'חזר'ט טויזנטער מאל אין די בריוו, די ווערטער וואס דער רבי האט געזאגט ווען ער איז אוועקגעפארן פון ברסלב אויפן וועג זיך צו באזעצן אין אומאן, און דער בעל עגלה איז שוין געשטאנען אינדרויסן מיט די פערד און וואגן; אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים טיר, ער האט געהאלטן די האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך צוזאמנעמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען מיט כוונה, אפשר וועט איר מיר קענען צוריק ממשיך זיין (חיי מוהר"ן, סימן קפה).


אין די לעצטע בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן אין שפיטאל פאר אונז אפאר שעה פארן הסתלקות, האט ער געשריבן: "עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט"; האלט די ווערטער פאר דיינע אויגן, וועסטו נישט נערוועז ווערן פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#22 - איז וויכטיג צו מאכן א מצוה טאנץ ביי די חתונה?
שלום בית, חתונה, כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער, מחלוקת, ספרי ברסלב, צדיקים, שלום, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר מיין שידוך, און פאר אלעס גוטס וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געטון, און טוט אלץ פאר מיר.


ש'כח אייבערשטער אז מיין חתונה דערנענטערט זיך שוין, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף. איך האב געוואלט פרעגן בנוגע די "מצוה טאנץ", אזוי ווי ביי מיין שווער פירט מען זיך אז מען מאכט נישט קיין מצוה טאנץ און ביי מיין טאטע איז מצוה טאנץ ממש אן עיקר, וויל איך פרעגן וואס איז דער ענין פון א "מצוה טאנץ", און אויב איך זאל בעטן מיין שווער אז מען זאל יא מאכן א מצוה טאנץ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם ספר יום הנשואין, א הערליכע ספר פאר חתנים, ווי אזוי אויסצוניצן די הייליגע טאג, דעם יום החופה. מוהרא"ש האט זייער שיין אויסגעשטעלט דעם גאנצן טאג, פון אינדערפרי ביז ביינאכט, יעדע פרט הערליך שיין, א וועג ווי זיך צו פירן.


קוק אריין אין אות יז, וואו מוהרא"ש רעדט פון דאס גרויסקייט פון מצוה טאנץ, אז עס איז דא אין דעם העכערע סודות, רזי דרזין, סתרי נסתרות. מוהרא"ש זאגט דארט: "ואסור להקל בזה", מען טאר נישט אפלאכן פון דעם, "והמקל בזה", און דער וואס לאכט אפ פון דעם, "מקילין חייו", לאכט אפ פון זיין לעבן "רחמנא לשיזבן", דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן, "כי כל ענין הרקודין עם הכלה נבנה על סודות עליונים", די גאנצע זאך פון טאנצן מיט די כלה איז געבויט אויף הייליגע העכערע זאכן.


מוהרא"ש זאגט (שם): "והמנהג שהחתן אוחז בידי הכלה", דער מנהג איז אז דער חתן כאפט אן די כלה, "בלי שום הפסק כלל", אן קיין צווישנשייד, "ועל ידי זה נעשה יחוד גמור בכל העולמות מעילא לתתא ומתתא לעילא", עס געשעען גרויסע זאכן אין אלע עולמות.


אודאי זאלסטו בעטן דיין שווער אויב ער קען דיר געבן די טובה דו זאלסט טאנצן מיט די כלה מצוה טאנץ, אויך אויב קענסטו האבן א צדיק ביי דיין חתונה זאל טאנצן לפני הכלה, אויך די עלטערן און די זיידעס זאלן טאנצן לפני הכלה. אז דו וועסט בעטן שיינערהייט, דו וועסט זיי געבן צו פארשטיין אז ביי ערליכע אידן איז דאס א גרויסע זאך - וועלן זיי זיך נישט עקשנ'ען, זיי וועלן עס נאכגעבן.


דער עיקר זאלסטו זיך פארנעמען יעצט ווען דו גייסט חתונה האבן נישט האבן צוטון מיט מחלוקת, עס זאל דיך נישט מבלבל זיין קיין שום זאך פון די מחותנים; ווייל בדרך כלל ביי יעדע חתונה איז דא א געטואכץ צווישן די מחותנים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קל.): "ליכא כתובה דלא רמו בה תיגרא", נישטא קיין חתונה וואס מען קריגט זיך נישט דארט, דער סמ"ך מ"ם לאזט נישט עס זאל זיך בויען א שטוב, ער ברענגט אריין פיינטשאפט צווישן די מחותנים און דאס גייט איבער צו די קינדער, די חתן כלה - ביז זיי אליין הייבן אן זיך פיינט האבן רחמנא לצלן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - זאל איך פארהאלטן מיין שווער וואס טשעפעט מיין ווייב וועגן אומאן?
אומאן, שלום בית, שווער און שוויגער, מחלוקת, ראש השנה, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלע חיזוק וואס מיר באקומען פון די בריוו אין עצתו אמונה, און פון די געוואלדיגע שיעורים, איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען קיין היכל הקודש, און איך בין זוכה זיך צו דרייען אין דעם ליכטיגן גן עדן. איך האב ברוך ה' זוכה געווען, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, צו ענדיגן ששה סדרי משנה צום צוועלפטן מאל, איך האב אויך אנגעהויבן א סדר צו לערנען די אלע פופצין שיעורים וואס מוהרא"ש זי"ע האט אוועקגעשטעלט, און מיין לעבן איז ברוך ה' גענצליך געטוישט געווארן צום גוטן, אלעס אין זכות פון דעם הייליגן פלאץ. אויסער דעם בין איך ברוך ה' זוכה אויך צו מאכן הפצה מיט די קונטרסים און די גליונות פון היכל הקודש, איך פרוביר אויך ארויסצוהעלפן די מוסדות היכל הקודש פון דאהי, און יעצט האב איך זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה.


איך האב עטליכע שאלות וואס מוטשען מיך, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן צייט מיר צו קענען ארויסהעלפן און מחזק זיין.


מיין ווייב האט ברוך ה' מסכים געווען איך זאל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, איך פיר זיך אויף צו איר זייער שיין ברוך ה' דורכאויס די גאנצע יאר, אויך מיין שווער האט גארנישט גערעדט שלעכט קעגן דעם וואס איך פאר קיין אומאן, דעם פראבלעם האט זיך אבער אנגעהויבן ווען איך בין צוריק געקומען אהיים. מיין ווייב דערציילט מיר אז די גאנצע וואך וואס זי איז געווען ביי אירע עלטערן, האט מען איר כסדר פארשעמט און געטשעפעט, מען האט נישט אויפגעהערט צו רעדן צו איר קעגן ברסלב, און דאס האט איר זייער וויי געטון. וואס דארף איך יעצט צו טון? זאל איך אויפמערקן און פארהאלטן מיין שווער, פארשטייט זיך אויף אן איידעלן אופן, אז ער זאל נישט טשעפען מיין ווייב און נישט מאכן קיין מחלוקת, אדער איז בעסער צו בלייבן שטיל און גארנישט זאגן?


צווייטנס האב איך געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך בין יעצט אין שנה ראשונה, איך בין געווען אין כולל ביז יעצט, אבער איך האב עס זייער נישט געגליכן. יעצט האט מען מיר פארגעשלאגן א מלומדות פאסטן, און איך האב עס אנגענומען. מיין שווער איז נישט אזוי פרייליך מיט דעם, דארף איך דאס אפלאזן, ווייל ער זאגט מיר גארנישט וועג דעם, אבער דא איז די זעלבע זאך, ער טשעפעט מיין ווייב וועגן דעם. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו ב', ו' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג נישט קיין איין שלעכט ווארט פאר דיין שווער, זאג אים נאר דאנק ווערטער, לויב אים און דאנק אים, זאג אים א יישר כח פאר אלעס; אזוי וועט ער דיר נישט מאכן קיין פראבלעמען, און פאר דיין ווייב זאלסטו קויפן א שיינע מתנה לכבוד יום טוב און איר דאנקען אז זי האט דיר געלאזט גיין אויף אומאן.


א שווער - און אזוי אויך א טאטע - דארף מען זייער מכבד זיין; חס ושלום טענה'ן, חס ושלום פארהאלטן, און אז זיי געבן א פסק, זיי זאגן מוסר - דארף מען דאס מקבל זיין מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, און אז זיי ווילן נישט מען זאל פארן צום הייליגן רבי'ן - ענטפערט מען נישט, מען טענה'ט נישט און מען מאכט נישט חוזק; מען הערט אויס מיט דרך ארץ, און נאכדעם אז מען האט די זכיה איבער צו קומען די מניעות - פארט מען צום רבי'ן.


רבי נתן זאגט: "דאנקען גאט אז יום כיפור איז נאך ראש השנה", אז מען איז געפארן קיין אומאן און מען האט זיך צעקריגט, און אז עס קומט יום כיפור - בעט מען זיך איבער און מען מאכט שלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#20 - פארוואס נעמט מיין שווער אן לשון הרע'ס קעגן ברסלב?
שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, ספרי ברסלב, משפחה, עצות, לשון הרע, נחת, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מזל טוב צום געבורט פון די מיידעלע, דער אייבערשטער זאל געבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אסאך נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.


איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם גאר דערהויבענעם ראש השנה וואס איך האב זוכה געווען מיטצוהאלטן דאס יאר אין אומאן אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, עס האט מיר געגעבן געזאלין פאר א גאנץ יאר. ש'כח אייבערשטער אז מיר לעבן מיט די לימודים וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, און מיר זענען די גליקליכסטע מענטשן אויף דער וועלט.


נעכטן האב איך גערעדט מיט מיין שווער אויפ'ן טעלעפאן, זייער א געשמאקע שמועס, אבער אינמיטן רופט ער זיך אן אז ער וויל מיך נאר זאגן אז ער האט נישט גע'חלומ'ט אז פון אלע זיינע קינדער וועט ער האבן די מערסטע צער פון מיר. עס האט מיר גאר שטארק וויי געטון דאס צו הערן, אבער איך האב זיך אנגעכאפט אינעם בענקל אז איך זאל גארנישט ענטפערן.


עס שטערט מיר זייער שטארק, פארוואס זאל ער נישט האבן פון מיר די מערסטע נחת? איין טאג פריער איז איינע פון זיינע זון געווען ביי מיר אין שטוב אן קיין בארד און אן קיין פיאות, געשטינקען פון דראגס, און ער זאגט מיר אז די איינציגסטע מאל וואס ער לערנט א אידיש ווארט איז נאר ווען איך שיק אים א חיזוק יומי פונעם ראש ישיבה שליט"א.


שבת חול המועד פסח האב איך געהאט אן אנדערער שוואגער ביי מיר, שוין מער א לומד'ישער, און ער האט נישט אויפגעהערט סעקירן מיין ווייב פארוואס מיר האבן נישט יעדער סארט חומרה, ער האט עס ממש נישט געקענט פארשטיין, אבער אין די זעלבע צייט האט ער בכלל נישט געדאווענט, איך האב זיך געבעטן ביי אים צו גיין דאווענען, איך האב איך אים געגעבן מיין טלית, און ער האט געזאגט יא יא, ער גייט שוין באלד גיין.


מיין הארץ איז צעריסן, פארוואס דארף דעם רבינ'ס נאמען זיין אזוי פארשעמט? הלוואי ווען איך קען ארויסברענגען מיט ווערטער וואס איך האב אלץ באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א, הלוואי זאל מיין שווער וויסן דעם אמת וואס היכל הקודש איז און וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז, אנשטאט זיך אנצוהערן מיט אלע נארישע לשון הרע'ס.


דאס האט מיר נאך מער אויפגעפלאמט צו העלפן און טון נאך מער פאר הפצה. מיין קאפ רודערט, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר? איך בענק זיך אזוי שטארק צו דער ראש ישיבה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טענה נישט מיט דיין שווער, טענה נישט מיט קיינעם, בפרט מיט עלטערן, טאטע מאמע שווער און שוויגער; אז דו ווילסט זיך טענה'ן - זאלסטו גיין התבודדות און אויסשמועסן אלעס וואס ליגט דיר אויפן הארץ, דערצייל אויס דיין הארץ פארן אייבערשטן, זאג אים דיין גאנצע עבר, און וואס האט פאסירט מיט דיר פון ווען דו האסט געטראפן דעם רבי'ן און עד היום וואס עס פאסירט מיט דיר ווען דו דערמאנסט זיך פון רבי'ן, און די התעוררות וואס דו באקומסט יעדעס מאל דו לערנסט דעם רבינ'ס ספרים.


דאס ווייסטו אודאי אז דער רבי האט זיך דאס אלעס אליינס געברענגט, דער רבי האט געוואלט עס זאל זיין מחלוקות. ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון די הייליגע נסיעה קיין ארץ ישראל האט ער געזאגט פאר אנשי שלומינו איך האב פאר אייך געברענגט א מתנה – "מחלוקות", פון היינט אן וועט מען קריגן אויף אונז. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תב): "איך האב די כח אראפצונעמען פון מיר אלע מחלוקת, איך האב בכח צו מאכן אז די גאנצע וועלט זאל קומען צו מיר און זינגען 'יחי אדונינו מורינו ורבינו', אבער איך וויל דאס נישט ווייל עס איז דא מדריגות וואו מען קען נישט אנקומען נאר דורך בזיונות", דורך דעם וואס מען טשעפט און מען שפעט איז דער מענטש ביי זיך צעבראכן, עס פאלט אוועק דער 'איך', עס איז נישטא דער 'מיך', 'זיך'; דאס האט דער רבי געוואלט.


זיי נישט ברוגז אויף דיין שווער, האלט נישט קיין האס; עס איז נישט ער, עס איז די לשון הרע'ס וואס גייט שוין אן איבער צוויי הונדערט יאר, פון דעם רבינ'ס צייטן ווי דער חולק האט אנגעדרייט די אלע לשון הרע'ס. דיין שווער מיינט זיכער אז די פלאץ איז שעדליך, אזוי ווי מען רעדט השם ישמרינו; וואלט ער געוויסט וואס דו און דיין ווייב באקומען ביים רבי'ן - וואלט ער דיך געטראגן אויף די אקסלען. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


לערן דעם רבינ'ס ספרים און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען טון וואס דער רבי פארלאנגט פון אונז, בעיקר התבודדות ותפילה; גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און שמועס מיטן אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ק): "מִּקָּטָן וְעַד גָּדוֹל אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת, כִּי אִם עַל יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת", מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר אז מען מאכט התבודדות; הער ווערטער, מען קען נישט זיין א איד נאר דורך התבודדות, נאר אז מען רעדט צום אייבערשטן אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, מען דערציילט די ירידות, די נפילות וואס דער יצר הרע מאכט מיטן מענטש; נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו זיך צופלייסן מיט לערנען די הייליגע תורה. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, אפילו מען גייט אריבער שווערע טעג, אפילו מען האט נישט קיין חברותא, אפילו מיט אלע אפילו'ס; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", דער עיקר זאל מען זאגן די אותיות פון די תורה, אפילו מען פארשטייט נישט, ווייל ביים סוף וועט מען פארשטיין.


מיין ליבער ברודער, וואס זאל איך דיר זאגן, דעם רבינ'ס ספרים איז פאר אונז א פארמעגן, נישטא קיין זאך אין לעבן וואס דער רבי זאל נישט האבן אויף דעם אן עצה; ווער עס לערנט די ספרים פון רבי'ן ווערט קלאר אין לעבן, יעדע זאך איז ביי אים קלאר, ער ווייסט ווי זיך צו פירן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצה): "אִלּוּ הָיִינוּ רוֹאִין אוֹצָר הָיִינוּ רָצִים בְּוַדַּאי אֵלָיו, וְהָיִינוּ חוֹפְרִים וּמְלַכְלְכִים עַצְמֵנוּ בְּרֶפֶשׁ וָטִיט בִּשְׁבִיל לַחְתֹּר אַחֲרָיו וּלְמָצְאוֹ", ווען איר וואלט געטראפן אן אוצר, וואלט איר דאך זיכער אהינגעלאפן און געגראבן דארט כדי צו זוכן ווי מער מען קען נעמען פונעם אוצר, איר וואלט נישט געקוקט צי איר ווערט שמוציג, נאר איר וואלט אריינגעקראכן אין בלאטע אבי צו נעמען פונעם אוצר, "וַהֲלֹא אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם, וּמַדּוּעַ לֹא יִהְיוּ לְהוּטִים וְרָצִים אַחֲרַי לְקַבְּלוֹ", איך בין דאך אן אוצר פון יראת שמים, פארוואס לויפט איר מיך נישט נאך צו נעמען פון מיין אוצר?!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - איך קען אליין רוימען די אויפגעווארפענע מיסט, פארוואס מאכן מחלוקת?
מחלוקת, מדות טובות, ריינקייט, שטעטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען ברוך השם זייער צופרידן און פרייליך אז מיר האבן די זכות צו וואוינען דא אינעם הייליגן שטעטל, וואו מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


ס'האט היינט עפעס פאסירט וואס איך וויל אויף דעם הדרכה עס זאל נישט ווערן קיין מחלוקת. איך האב פיינט מחלוקת און איך וויל נישט עס זאל חלילה ווערן, און איך וויל זיכער נישט האבן קיין חלק אין דעם.


פון מאל צו מאל קומען בערן אדער אנדערע חיות און דרייען איבער די גארבעדזש און מאכן א גרויסע איבערקערעניש און שמוץ, עס האט שוין פאסירט ביי אונז א פאר מאל. די לעצטע צוויי מאל וואס ס'איז געשען האב איך נישט גוט געפילט און איך האב עס נישט געקענט אליינס רייניגן, און מיין מאן איז ברוך ה' זייער פארנומען און עס איז נישט געווארן אפגערייניגט גלייך. בערך א טאג און א האלב איז אריבער באפאר מיר האבן געהאט א געלעגנהייט עס צו רייניגן.


די לעצטע מאל ווען דאס האט פאסירט, באקומט מיין מאן א טעקסט מעסעדזש אינמיטן טאג פון איינע פון די חברי הנהלה וואס שטייט "גארבעדזש", מיין מאן שיקט צוריק "וואס איז מיט דעם?", ענטפערט ער, "עס איז דא גארבעדזש אין פארנט פון דיין הויז", מיין מאן ענטפערט צוריק, "מיינסטו אז איך ווייס נישט??" און ער ענטפערט, "ביטע רוימט עס אויף". ס'האט אונז אמת'דיג געשטערט, פאר צוויי סיבות. ערשטנס, אויב מ'האט עפעס צו זאגן, זאג עס שיין, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס יענער גייט דורך און די וועג ווי אזוי ער האט עס געשריבן האט אונז זייער וויי געטון. די צווייטע סיבה איז ווייל מיר האבן געשפירט אז ער מישט זיך אריין אין אונזער לעבן, אז א האלבע טאג גייט אריבער און די גארבעדזש איז נישט אויפגערוימט מיינט נישט אז מיר גייען עס נישט טון. ס'שטערט אונז זייער שטארק ווען ס'איז דא אן איבערקערניש אין פארנט פון אונזער הויז און מיר דארפן נישט איינער זאל קומען אונז זאגן עס אויפצורוימען, מיר פארשטייען אז ס'קען ארויסקומען א שאדן ווען די גוים וועלן באשולדיגן אלע אידישע איינוואוינער צוליב איין מענטש'ס גארבעדזש וואס א בער האט באשלאסן צו מאכן דערפון א פיינע סעודה, אבער איז דאס דען גענוג א סיבה זיך אריינצומישן אין אן אנדערן מענטש'ס פריוואטע לעבן?!


אבער, אונז האבן עס אראפגעשלינגען און ווייטער געגאנגען. למעשה, היינט איז עס נאכאמאל געשען, א בער האט געמאכט א חורבן פון די גארבעדזש נעכטן נאכט, און מיר האבן נישט געהאט קיין געלעגנהייט עס צו רייניגן ביז די קינדער זענען שוין געווען אין בעט ביינאכט, געווענליך וואלט איך געבעטן די קינדער זאלן עס טון, אבער דאס מאל איז עס ממש געווען אויפ'ן גאס, און עס איז געווען א סכנה פאר זיי. אינדערפרי, ממש געציילטע שעות נאכדעם וואס דער בער האט אלעס איבערגעדרייט, האט דער אינגערמאן נאכאמאל אונז געטעקסט, "ביטע רוימט אויף די גארבעדזש", אפשר איז עס נאריש, אבער ס'האט אונז אמת'דיג געשטערט, ער האט נישט קיין וועג צו וויסן אז ווען ער האט געשיקט יענע טעקסט בין איך געווען אין בעט מיט פיבער, עס שטערט אונז זייער אז ער מישט זיך אריין אין אונזער לעבן, אפילו מיר פארשטיין אז ער טוט עס פאר די טובה פון די שטעטל.


איך האב אים אנגערופן און אים באדאנקט פאר אלעס וואס ער טוט, און געבעטן שיינערהייט אז ער זאל ביטע מער נישט שיקן אזעלכע מעסעדזשעס, מיר וועלן רייניגן אונזער גארבעדש אין די ערשטע געלעגנהייט מיט אדער אן זיין טעקסט, און ס'איז נישטא קיין סיבה צו טשעפען. ער האט געזאגט אז ער טוט עס פאר די קהילה לשם שמים און ער באקומט גארנישט פון דעם און ער שפירט אז ס'איז פאר די טובה פון די קהילה אז ער זאל יא שיקן די טעקסטס, ער האט אויך געזאגט אז עס מאכט א גרויסע חילול השם ווען די גוים זעען עס. ווען איך האב אים געזאגט אז ס'טוט אונז זייער וויי ווען ער שיקט עס, האט ער געזאגט אז אויב מיר ווילן קען ער בעטן א צווייטן אז יענער זאל שיקן די טעקסט, איך האב אבער נישט דאס געמיינט, איך האב אים געזאגט "איך האב גערופן בעטן אז מען זאל מער נישט שיקן אזעלכע טעקסטס", זאגט ער מיר, "דאס קען איך נישט טון. איך טו עס לשם שמים פאר די טובת הכלל און ס'איז נישטא פארוואס צו מאכן אזא מצב פון דעם, מען דארף פשוט אויפהויבן די גארבעדזש און נישט מאכן קיין דראמא", איך האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאן צעמישט און פארווייטאגט, "חילול השם" און "טון לשם שמים" זענען היתרים צו וויי טוהן אן אנדערן מענטש?!


איך פרוביר זיך צו דערמאנען און געדענקען אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אבער דער אמת איז אז איך קען נישט אויפהערן איבערצוטראכטן די גאנצע מעשה נאכאמאל און נאכאמאל, ער האט אונז אמת'דיג וויי געטון, עס שפירט אזוי ווי איינער לייגט אריין זיין נאז אין אונזער פענסטער צו זען וואס מיר טוען, עס איז נישט קיין גוטע געפיל אז איינער זאל אונז נאכלויפן צו טון זאכן וואס מיר ווייסן אליין אז מיר דארפן עס טון און מיר וועלן סיי ווי עס טון גלייך ווען מיר קענען, און נאך מער אז מען זאגט עס נישט שיין.


איך שפיר זיך באמת שלעכט צו שטערן דעם ראש ישיבה שליט"א מיט אזעלכע מעשיות, די איינציגסטע סיבה פארוואס איך שרייב איז ווייל איך וויל נישט עס זאל זיין שווערע געפילן צווישן אנשי שלומינו, און זיכער נישט אויב איך בין א חלק דערפון חס ושלום, איך האב פיינט מחלוקת און איך בעט דעם אייבערשטן זייער אסאך אז איך זאל נישט טראכטן שלעכטס אויף קיינעם. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א אונז ארויסהעלפן?


יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז אלעמאל.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס אייך נישט וואס צו ענטפערן, אויב מען רופט אייך פון די הנהלה ענק זאלן צוזאמנעמען די גארבידזש הייסט מחלוקות - ווייס איך נישט וואס צו זאגן... ווי קומט אריין מחלוקות? ווי קומט אריין אריינשטעקן די נאז ביי יענעם אין פענסטער? מיר קוקן נישט אריין אין אייער פענסטער קוקן ווי אזוי די שטוב ביי אייך זעט אויס און מיר זאגן נישט וועגן די גראז ארום אייער שטוב, אויב עס איז דא דארט מיסט; מיר בעטן סך הכל, נעמט צוזאמען די גארבידזש פון די שאסיי.


אז מען שטייט אויף אינדערפרי און מען זעט א בער האט איבערגעדרייט די מיסט און עס איז ארומגעווארפן ארום די שאסיי - איז נישטא קיין 'גיין אין שול דאווענען', נישטא קיין 'גיין ארבעטן', נישטא די תירוצים 'שפעטער' 'באלד' 'מארגן', נישטא גארנישט; מען איז מחויב צוזאמצונעמען די מיסט, און אויב מען טוט דאס נישט - איז מען גורם שאדן פאר אונז אלע. די גוים די שכינים האבן אויף אונז קיין איין שלעכט ווארט צו זאגן - ביז ריינקייט, זיי שיקן ארום בילדער, זיי פארשעמען אונז אויף סאושעל מידיע, אז די אידן זענען שמוציג; דאס איז דאך א ווארט וואס מען זאגט אויף אידן, 'שמוציגע', און זיי ווייזן בילדער, זיי זאגן אז מיר ברענגען דא חיות, און ווען מיר דארפן נושא חן זיין ביי זיי צו באקומען רשות פאר די עתיד פון שטעטל, צו בויען מוסדות וכו' - זאגן זיי: "קודם נעמט צוזאמען אייער מיסט", זיי פארשעמען אונז.


'ביטע נעמט צוזאמען די מיסט' - איז מחלוקות? 'ביטע נעמט צוזאמען די מיסט' - איז א זאך וואס איך וואלט אויך געשריבן, און ווען איך וואלט געוואוסט וואס טוט זיך ביי אייך היינט - וואלט איך אהינגעפארן דאס צוזאמנעמען.


איך בין געווען אפאר וואכן צוריק אויפן וועג צו די חדר, די מלמדים האבן געווארט אויף מיר, און איך פאר אריבער א שטוב וואו דער בער האט אויסגעווארפן די מיסט אויפן שאסיי, האב איך אלעס אפגעשטעלט און איך האב דאס אלעס צוזאמגענומען. פארשטייט זיך מענטשן זענען אריבערגעפארן און געזען ווי דער ראש ישיבה נעמט צוזאמען מיסט, האבן זיי זיך אלע אפגעשטעלט מיר העלפן, האב איך זיי געזאגט: "יעצט געב איך נישט אוועק די מצוה, אז איר ווילט מיר העלפן קענט איר דאס טון איידער איך טו דאס".


זייט מיר מוחל, איך זע נישט דא קיין מחלוקות, איך זע נישט דא קיין אריינשטעקן די נאז ביי יענעם. די חברי הנהלה זענען טייערע אינגעלייט וואס ארבעטן פיר און צוואנציג שעה בלי גוזמא פאר דער עתיד פון די שטעטל, זיי מאכן גארנישט פון דעם, מען האט אויף זיי נאר טענות. ווען אלע גייען אהיים נאך א טאג ארבעט פארברענגען מיט די ווייב און קינדער - זענען זיי פארנומען מיט השתדלות ביי אלע אפיסעס; איך אליינס טו נישט אזוי סאך ווי זיי טוען פאר אונז.


'ביטע נעמט צוזאמען די מיסט' - איז נישט געשריבן? עס איז די שענסטע וועג ווי אזוי מען קען יענעם העלפן. איין זאך טראכט איך, איך וועל זיי בעטן זיי זאלן ענדערש אנרופן דעם מענטש - ווי שרייבן א מעסעדזש, ווייל א מעסעדזש קען מען ליינען אויף צוויי וועגן; אויב דער מענטש איז נערוועז און אנגעצויגן - ליינט מען דאס נעגעטיוו, כאילו איינער טיילט מיר איין וואס צו טון, און אויב מען איז אין א גוטע גיסטע, מען טראכט גוט, מען טראכט 'קוק ווי שיין די שטעטל פירט זיך, מען זארגט פאר אונזער טובה, מיר זאלן נישט פארשעמט ווערן פון צווישן די גוים און אויך צווישן אנשי שלומינו, מען דערמאנט אונז אזוי שיין אז מען זאל צוזאמנעמען די מיסט', איז אפשר זאל מען ענדערש אנרופן יענעם.


איך וויל זייער די בריוו זאלן אלע ליינען און אלע זאלן וויסן אז אויב עס איז שמוציג אויפן שאסיי - איז דאס א געפערליכע זאך, מען פארשעמט זיך און מען פארשעמט אלעמען. אפילו אידן וואס פארן אריבער זאגן: "ברסלב'ע שמוציגע מענטשן", קיינער ווייסט נישט אז מענטשן אין שטוב האבן פיבער וכו' וכו', די פלעק בלייבט.


אויב די מיסט איז אויסגעשפרייט ביי א משפחה וואס פירן זיך ערליך, דער מאן לערנט און דאווענט און די ווייב גייט אנגעטון בצניעות - איז די אחריות פי כמה, ווייל אלע זאגן 'קוק אן די מענטשן ווי זיי פירן זיך'.


איך בעט אייך זייער, קיינער מאכט נישט קיין מחלוקות און קיינער זוכט ענק נישט איינצוטיילן ווי צו לעבן; געבט אכטונג אויף אונזער נאמען עס זאל נישט ווערן פארשעמט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#18 - ווי קען מען זאגן אז ווער עס קריגט אויף מוהרא"ש זי"ע איז א בעל עבירה?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, צדיקים, מוהרא"ש, קשיות, היכל הקודש, עבירות, משיח, ליצנות, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז איך בין זיך כסדר מחי' און מחזק מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און מיט די בריוו, ס'גייט כמעט נישט אריבער קיין טאג וואס איך באקום נישט נייע ריזיגע מתנות פונעם ראש ישיבה. כאטש וואס איך ווייס שוין פון הייליגע רבי'ן פאר בערך צען יאר, איך דריי זיך מיט ברסלב'ע חסידים, איך מאך שוין אפילו כמה שנים התבודדות כמעט יעדן טאג, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, מיט דעם אלעם אזעלכע מתנות מיט אזעלכע כלים אז ס'זאל זיין קרוב אליך הדבר מאוד, האב איך ממש נישט געהאט, ביז איך האב בדרך השגחה נפלאה אנגעקומען איך מיט מיין ווייב אויסצוהערן די שיעורים, איך קען ממש נישט פארשטיין ווי אזוי מען קען זיך דרייען ימים ושנים אין ברסלב מיט אזא העלמה און נישט עפענען אזעלכע אוצרות, און איך קען אויך נישט פארשטיין ווי אזוי מען קען זיך קריגן אויף אזא הייליגע לעכטיגע וועג פון אמונה. איך קען עס נישט פארשטיין און איך פיל זיך פארשעמט אז מען קען זיין א שומר תורה ומצוות, און אפילו א ברסלב'ער, אבער נישט האבן א גלייכע און גאנצע אמונה.


איך האב אנגעהויבן לערנען תוספתא מיט משניות, און זאגן אסאך תהילים ביי די ארבעט, איך קען אין געוויסע טעג אויסזאגן גאנץ תהילים און נאכאלץ נישט זיין זאט, דאס איז אויסער די שיעורים וואס איך האב שוין געהאט ביז היינט, אבער עס איז אריבער אסאך טעג וואס איך האב נישט קיין כח צו זיך אנשטרענגען צו לערנען, איך האב געהאט נאך אסאך שטותים צו טון. ברוך ה' די ערשטע מתנה מיין איך וואס איך האב באקומען פונעם ראש ישיבה און מוהרא"ש איז "צייט", עס איז מיר פארשווינדען געווארן אלע צייטונגען און מאגאזינען, איי אין ברסלב רעדט מען אויך פון שמירת הזמן? איז נאך א קשיא. ברוך ה' איך בין זוכה מעבר סדרה צו זיין במשך די וואך יעדן טאג אביסל, איך בין זוכה צו האבן א שיעור אביסל נ"ך על הסדר יעדן טאג, גמרא דריי בלאט א טאג, בערך א דף זוהר, צוויי דפים ליקוטי מוהר"ן, צוויי דפים ליקוטי הלכות, ליקוטי תפילות, שולחן ערוך צוטיילט אויף די יאר, און נאך און נאך. דער אייבערשטער זאל העלפן נאר מער און מער, איך זאל האבן א שיעור אין אלע חלקי התורה. און זוכה זיין צו פארשטיין און געדענקען, און האבן אמונה ישרה ותמימה וכו'.


אזוי ווי איך דריי זיך אין די אלגעמיינע ברסלב, האב איך געהערט פילע קשיות אויף מוהרא"ש, דער אייבערשטער האט מיר אבער געהאלפן אז איך האב געהאט די שכל אז איך דארף קוקן וואס עס איז גוט פאר מיר, וואו איך טרעף חיזוק צו דינען דעם אייבערשטן, און די אלע קשיות און בלבולים וועלן מיר גארנישט העלפן אין לעבן. עס מוטשעט מיך אבער איין זאך, דאס וואס מוהרא"ש זאגט אז ווער עס רעדט קעגן אים איז זיכער א בעל עבירה, דאס קען איך נישט פארשטיין. איך ווייס אז מען קען זיין א שיינער איד פון אינדרויסן און זיך באהאלטערהייט זיין א בעל עבירה רחמנא ליצלן, אבער צי מיינט דאס אז פון היינט און ווייטער דארף איך אנקוקן יעדן ערליכן איד פאר א בעל עבירה? אויב זע איך איינער וואס פרובירט צו דינען דעם אייבערשטן לויט זיין הבנה, און ער דרייט זיך אין א סביבה וואס דארט מאכט מען אוועק היכל הקודש, מיינט דאס צו זאגן אז ער איז א בעל עבירה? עס זענען געווען צדיקים אין ברסלב וואס האבן אנגענומען לשון הרע אויף מוהרא"ש, און דאס איז דאך געווען אין אלע דורות, חז"ל זאגן אז ס'איז ברית כרותה אויף לשון הרע צו נתקבל ווערן?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר אויסקלארן ווי אזוי אנצוקוקן די זאך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סא) ווער עס רעדט אויף צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן אויף די וועלט - איז א סימן אז דער מענטש איז נישט ווי עס דארף צו זיין. דער רבי זאגט, דאס איז פשט וואס די הייליגע חכמים זאגן (עירובין כא:): "הלועג על דברי חכמים", ווער עס שפעט אויף צדיקים, "נידון בצואה רותחת", וועט באשטראפט ווערן מיט די סארט גיהנום; זאגט דער רבי פשט, "הלועג על דברי חכמים", ווער עס שפעט אויף צדיקים - "נידון בצואה רותחת" איז א סימן אז דער מענטש איז ווייט פונעם אייבערשטן, זיין מח איז פול מיט שלעכטע זאכן, און אז מען קוקט אריין אין די ווערטער פון די הייליגע חכמים זעט מען פון וועם מען רעדט; מען רעדט פון דואג האדומי, פון די הויפט פון די סנהדרין וואס האט גע'דרש'נט פאלשע הלכות, אז דוד המלך איז אסור לבוא בקהל; אויף אים זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה אז זיין מח איז פול מיט שלעכטע זאכן, איז דאך זיכער אז ווען פשוט'ע מענטשן רעדן אויף צדיקים - איז דאס א סימן אז די דארפן נאך תשובה טון.


יעצט ווען מוהרא"ש איז שוין אוועק פון די וועלט, מען קוקט צוריק, פרעגט זיך ווי פון זיך אליינס: 'וואס האט מען געוואלט פון דעם איד? פארוואס האט מען געקריגט אויף אים? וועם האט ער געטשעפעט? וואס איז געווען די רדיפות אויף דעם איד?' ער האט דאך מיט קיינעם נישט געהאט, ער האט נאר געשריבן ספרים און קונטרסים וואס רעדן צו נשמות ישראל, זיי מחזק זיין; מוז זיין אז די וואס שפעטן אויף אים זענען בעלי עבירה, און נישט נאר מוהרא"ש זאגט דאס, דער רבי זאגט דאס.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קסג): "הנואפים", די בעלי עבירה, - "לרוב הם מתנגדים על הצדיקים", זיי זענען די וואס קריגן אויף צדיקים.


געב זיך זייער אכטונג פון די וואס רעדן אויף צדיקים. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לח) אויפן פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", זיי לייגן זייער מויל אין הימל, "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", און זייער צינג גייט אויף דער ערד, די וואס רעדן אויף צדיקים - זיי ווילן רעדן אויפן אייבערשטן, אבער זיי שעמען זיך צו רעדן קעגן דעם באשעפער, רעדן זיי אויף צדיקים. דאס איז פשט אין פסוק "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", דאס וואס זיי רעדן מיטן מויל - ווילן זיי רעדן אויפן אייבערשטן, נאר זיי שעמען זיך צו רעדן אויפן אייבערשטן - "לְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", רעדן זיי אויף צדיקים, אבער באמת "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם".


וויי און ביטער איז פאר דעם וואס הערט רעדן אויף צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן אויף די וועלט, דאס איז א סימן אז מען דארף תשובה טון.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן תכא), דער שווער פון הייליגן רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה, הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה פלעגט פארן צו צדיקים, קודם איז ער געווען ביים הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס די חסידים דארט רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, עס האט אים זייער געשטערט. האט ער געטראכט אז ער וויל גיין צום צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צו רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים לצנות אויף רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו; ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן, האט ער אויפגעהערט צו גיין צו צדיקים און ער האט אנגעהויבן רעדן קעגן אלע צדיקים. ער פלעגט יעדן טאג מאכן א סעודה מיט זיינע קינדער און זיי אנווארענען זיי זאלן נישט האבן צוטון מיט צדיקים, און ווען רבי נתן האט חתונה געהאט פלעגט ער אויך מיט האלטן די סעודות און הערן פעך און שוועבל אויף צדיקים.


דאס האט זייער שטארק געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס רעדט מען אויף צדיקים? וואס איז די מחלוקות, וואס פעלט דאס אויס? און ווען ער איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, האט ער געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), דעמאלט איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים איז נאר ווייל מען וויל דיך פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיך צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


געב זיך אכטונג פון די וואס זענען בעלי מחלוקות, אפילו זיי זעען אויס עובדי השם און אפילו זיי זענען טאקע עובדי השם. אין ברסלב האט געוואוינט א ברסלב'ער חסיד, ר' שלמה ראובן זלאטע'ס, ער איז געווען א גרויסער עובד ה' און א שיינער בעל תפילה, און רבי נתן האט געזאגט אויף אים: "איך בין אים קיינמאל נישט מוחל", ווייל ער האט געהאט א חלק אין די מחלוקות; זעט מען פון דעם אז מען קען זיין א גרויסער מענטש, אויב האט מען שייכות מיט מחלוקות - איז גאר ביטער.


האב נישט קיין מגע ומשא מיט מחלוקות. דער הייליגער רבי איז זייער גרויס, דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, ער קען יעדן ארויסשלעפן פון זיין בלאטע, אויסער א בעל מחלוקות; א בעל מחלוקות האט נישט קיין פלאץ ביים רבי'ן.


ברודער קוק וואס מוהרא"ש געבט דיר, עפן דיין האנט און קוק וואס דו האסט אלץ זוכה געווען פון ווען דו ביסט מקורב אין היכל הקודש; פארוואס זאלסטו אויסהערן די לצים? פארוואס זאלסטו הערן לשון הרע? קוק נישט וועלכע גרויסע מענטשן רעדן וכו' און וואס זיי רעדן וכו', קוק אין דיין האנט, קוק ווער ברענגט דיר דביקות בה', קוק ווער ברענגט דיר צו לערנען די הייליגע תורה, און חיזוק אויף תפילה והתבודדות וכו' וכו', און אז גרויסע לייט רעדן און שפעטן - כבר היה לעולמים. דו ווייסט דאך די מעשה פון הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו ווען ער האט דערציילט אלע זיינע גלגולים, אז ער איז געווען אין די צייט פון מדבר, ער איז געווען מיט משה רבינו. האט אים זיין אייניקל, דער הייליגער ייטב לב זכותו יגן עלינו - געפרעגט: "זיידע, אויף וועמענס זייט ביסטו געווען ביי די מחלוקת קרח ועדתו?" האט דער הייליגער ישמח משה געזאגט: "איך בין געשטאנען אין דער זייט, איך האב נישט גענומען קיין צד", האט דער ייטב לב געפרעגט: "ווי אזוי קען זיין אז דו ביסט נישט געשטאנען מיט משה רבינו?!" האט ער אים געענטפערט: "דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דער נסיון איז געווען; קרח האט געהאט מיט זיך אלע רבי'ס מיט אלע שיינע אידן, עס איז געווען זייער שווער צו וויסן וואס מען האט צוטון, ווייל קרח האט זיך אהערגעשטעלט ווי אן עובד ה', אבער באמת איז ער געווען אן אפיקורס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין ירושלמי סנהדרין, דף נ.): 'קֹרַח מִין הָיָה'".


איך האב אביסל מאריך געווען, אבער גלייב מיר איך דארף נאך מער מאריך זיין; ווייל ווען נישט די לצנות וואלט מען געקענט צוריק ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן, מען וואלט ווען געקענט ברענגען די גאולה, און ווער ווייסט וויפיל צרות קומט אויף די וועלט אויפן חוזק מאכן און שפעטן אויף צדיקים. דער רבי האט דאס געזאגט נאך איידער עס איז געקומען די ביטערע אומגליק פון קאנטאניסטן, קאמעניזם, אז ווען די צדיקים וואלטן נישט געקריגט אויף אים וואלט ער געקענט אוועק נעמען אינגאנצן די גזירה (עיין חיי מוהר"ן, סימן שצח), נאר וויבאלד מען קריגט אויף אים האט ער דאס אפגעשטופט אויף עטליכע צוואנציג יאר.


דעמאלט האט מען נישט געוואוסט וואס דאס איז, היינט אז מען קוקט צוריק זעט מען וויפיל מיליאנען אידן זענען גע'הרג'עט געווארן פון די מחלוקות אויף צדיקים.


אזוי אויך, ווער ווייסט וואס האט פאסירט ווען עס איז ארויסגעקומען תשל"ו די חתימות וכו'. דער הייליגער קאמארנער האט געזאגט אז שנת תשל"ו וועט משיח קומען, און יענעם יאר האט דער ס"מ צאמגענומען חתימות אין ברסלב קעגן מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, און ווער ווייסט צי דאס האט צוריק געהאלטן די גאולה און צוליב די חתימות ליידן מיר נאך אין גלות.


גיי צום אייבערשטן, וויין זיך אויס, בעט אים: "רבונו של עולם איך האב זוכה געווען צו טרעפן א צדיק וואס מאכט מיך רעדן צו דיר, א צדיק וואס מאכט מיך לערנען די הייליגע תורה, א צדיק וואס מאכט מיך לעבן מיט שלום בית, אזויפיל גוטע זאכן באקום איך פון דעם צדיק און מיט דעם אלעם בין איך אנגעפילט מיט לצנות, מיין קאפ בוזשעוועט מיט קשיות און טענות אויפן צדיק.


הייליגער באשפער קוק מיך אן, איך בין אזא רחמנות, איך בין אזוי ווייט פון דיר, איך האב אזויפיל געזינדיגט און פלוצלונג וויל איך פארשטיין דעם צדיק, איך האלט אז איך פארשטיי בעסער ווי אים, איך ווייס ווי אזוי ער דארף ווען רעדן און ווי אזוי ער דארף ווען שרייבן; אנא, רחם עלי, דערבארעם זיך אויף מיר; וואס גייט פאר מיט מיר? איך דארף דאך אזויפיל תשובה טון, הייליגער באשעפער, העלף דער צדיק זאל נישט זיין פארשעמט, דער צדיק וויל דאך נאר איין זאך, ער וויל אלע אידן צוריק ברענגען צו דיר, ער וויל אלע אידן זאלן לעבן א גוט לעבן, העלף עס זאל געהייליגט ווערן די נאמען פון די צדיקים און עס זאל שוין זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - ווער עס איז געווען דער רבי פון הייליגן רבי'ן?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, צדיקים, קברי צדיקים, רבינו ז"ל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן ווער עס איז געווען דער רבי פון הייליגן רבי'ן? אויך האב איך געוואלט וויסן אויב דער רבי האט געהאלטן פון הייליגן רבי רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע, און פון הייליגן מגיד פון מעזריטש זי"ע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי איז אויפגעוואקסן אין שטוב פון זיין גרויסן זיידן דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, דארט האט ער געהערט מעשיות פון זיידן, די מעשיות האבן אים אויפגעפלאקערט זיין הארץ צום אייבערשטן, דאס האט אים געמוטיגט און געטראגן צו גיין אויף די הייליגע וועג.


דער הייליגער רבי האט נישט געהאט קיין רבי, די מעשיות וואס ער האט געהערט אלס קינד - דאס האט אים געמאכט זייער בענקען צום אייבערשטן, דאס מערסטע האט אים זייער געכאפט די מעשה ווי אזוי זיין זיידע איז געבוירן און דאס געזעגענען פון זיין טאטע; די לעצטע ווערטער וואס זיין טאטע האט אים געזאגט, ווי דאס האט אים געשטארקט.


די מעשה גייט אזוי, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געבוירן געווארן צו אלטע עלטערן, זיין פאטער רבי אליעזר איז אלט געווען הונדערט יאר און זיין מאמע שרה איז שוין אויך געווען זייער אלט; זיין מאמע איז נפטר געווארן גלייך ווען זי האט געבוירן דעם הייליג קינד ישראליק, שפעטער ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן צו זיך און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון די וועלט, כדרך כל הארץ, געדענק אבער אז דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר - זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", און מיט די ווערטער איז ער נפטר געווארן.


דער בעל שם טוב איז אויסגעוואקסן איינער אליין אין א גרויסע וועלט, אבער ער האט שטענדיג געדענקט זיין טאטע'ס לעצטע ווערטער: "געדענק, דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר - זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם"; מיט די ווערטער האט ער געלעבט און האט דאס אויסגעפירט למעשה, וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן. ביז איינמאל האט ער שפאצירט אין וואלד בשעת ער האט געזינגען צום אייבערשטן, אינמיטן זעט ער ווי עס קומט צו גיין א מענטש און פרעגט אים: "וואס טוסטו דא אליין אין וואלד?" רופט ער זיך אן צו אים: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר", רופט זיך אן דער מענטש: "דער אייבערשטער איז מיט דיר? דער אייבערשטער איז דאך אויבן אין הימל, ער איז זייער הויך, ער האט איבערגעלאזט די וועלט", און ער לייגט צו אז עס איז א בפירוש'ע פסוק (יחזקאל ח, יב): "עָזַב ה' אֶת הָאָרֶץ"; (וואס באמת שטייט דארט אז מען זאל נישט זאגן אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס מען טוט אין די פינסטערניש, דער אייבערשטער האט אונז פארלאזט).


דער מענטש האט ווייטער ממשיך געווען צו רעדן צום בעל שם טוב קעגן די אמונה, האט דער בעל שם טוב געכאפט א צווייג פון דער ערד און אים אנגעפאנגען צו שלאגן, און געשריגן אויף יענעם דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", פלוצלונג זעט דער בעל שם טוב ווי ער איז נישטא, דער מענטש איז פשוט געווען אן אויג פארבלענדעניש פונעם סמ"ך מ"ם.


פון דעמאלט איז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געווארן נאך שטערקער אין די אמונה, ער האט געזען ווי דער סמ"ך מ"ם וויל אים איינרעדן צו טראכטן קעגן די אמונה - האט ער זיך נאך אסאך מער געשטארקט.


די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד; ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אפגעמאכט, 'איך וויל דאך אויך זיין א צדיק, אז איך וועל טון וואס מיין זיידע האט געטון, איך וועל אנהויבן רעדן צום אייבערשטן - וועל איך אויך ווערן א צדיק'.


נאכן הערן די מעשה איז דער רבי גלייך ארויס פון שטוב, ער איז געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטער: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו' וכו'"; ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


אויף די פראגע אויב דער הייליגער רבי האט געהאלטן פון הייליגן מגיד פון מעזריטש און פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותם יגן עלינו; וואס איז בכלל די פראגע? קוק אריין אין חיי מוהר"ן (סימן תקנג) ווי דער הייליגער רבי האט גערעדט פון די הייליגקייט פון די צדיקים, באזונדער ווי דער רבי האט אויסגעלויבט דעם הייליגן מגיד: "וּפַעַם אַחַת סִפְּרוּ לְפָנָיו מִצַּדִּיק אֶחָד, שֶׁאָמַר עַל הָרַב הַמַּגִּיד הַקָּדוֹשׁ רַבִּי דֹּב", מען האט אמאל דערציילט פארן רבי'ן אז א צדיק האט געזאגט אויפן מגיד פון מעזריטש: "שֶׁבְּכָל הִסְתַּכְּלוּת שֶׁהָיָה הַמַּגִּיד זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מִסְתַּכֵּל", ווי דער מגיד קוקט נאר, "רָאָה כָּל הַשִּׁבְעָה רוֹעִים", זעט ער די זיבן פאסטוכער; אברהם, יצחק, יעקב וכו' וכו'; "וְהֵשִׁיב רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", האט דער רבי געזאגט: "עַל הַמַּגִּיד זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה יֵשׁ לְהַאֲמִין הַכֹּל", וואס מען זאגט נאר אויפן מגיד - דארף מען גלייבן, "וְכֵן עוֹד הַפְלָגוֹת גְּדוֹלוֹת שֶׁהִפְלִיג בְּעִנְיַן קְדֻשַּׁת הַמַּגִּיד זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה. וְאֵין כָּאן [מָקוֹם] לְבָאֲרָם", און נאך אסאך גרויסע זאכן וואס דער רבי האט געזאגט אויפן מגיד.


אויך דעם הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק, האט דער רבי זייער אויסגעלויבט. אזוי ווי רבי נתן דערציילט (חיי מוהר"ן, שם): "וְכֵן כְּשֶׁרָאָה אֶת הַסֵּפֶר הַקָּדוֹשׁ נֹעַם אֱלִימֶלֶךְ", ווען דער הייליגער רבי האט געזען דעם הייליגן ספר 'נועם אלימלך', "הִתְפַּלֵּא מְאֹד", האט זיך דער רבי זייער פארוואונדערט אויף די הייליגקייט פונעם ספר, "וְאָמַר שֶׁקְּדֻשַּׁת מַעֲלַת הָרַב הַקָּדוֹשׁ רַבִּי אֱלִימֶלֶךְ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה נִשְׂגָּבָה לְמַעְלָה לְמַעְלָה מִמַּה שֶּׁנִּרְאֶה וּמוּבָן מִתּוֹךְ סִפְרוֹ הַנַּ"ל", און דער רבי האט געזאגט: דער ספר איז זייער הייליג, אבער דער צדיק - דער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו - איז נאך אסאך גרעסער פון דעם ספר.


אויך האט מוהרא"ש מקובל פון ברסלב'ער חסידים אז איינער פון די אכט זקנים וואס האבן געדענקט וואס האט זיך געטון מיט זיי איידער זיי זענען געבוירן געווארן (די מעשה פון די זיבן בעטלערס, די ערשטע טאג), איינע פון זיי איז דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק, וואס רבי נתן איז מסביר (לקוטי הלכות תפילין, הלכה ה) וואס זיי זענען אנטקעגן די אכט פרשיות פון תפילין.


אלע יארן פלעגן ברסלב'ער חסידים פארן קיין ליזענסק צום ציון פון הייליגן רבי אלימלך. מען קען זען אין די אלטע צייטונגען פון פארן קריג ווי זיי באשרייבן: "די אומאנער חסידים קומען גאר אסאך קיין ליזענסק"; נישט נאר קיין ליזענסק, צו אלע קברי צדיקים זענען אנשי שלומינו געפארן, אלע יארן ווען עס איז נישט געווען אזא געפארעכץ צו קברי צדיקים, זענען אבער אנשי שלומינו געפארן.


לערן דעם רבינ'ס ספרים - וועסטו זען ווי שטארק באליבט דער הייליגער רבי איז געווען ביי די צדיקים, און אלע לשון הרע'ס וואס איז דא אויפן רבי'ן - איז נאר פון איין בעל מחלוקות, וואס ער האט געמאכט די גאנצע מחלוקות און פון דעם ליידן מיר און מען פארשעמט אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - מיט'ן שכל פון רבי'ן, האב איך געהאט א שיינעם יום טוב
אומאן, שלום בית, סבלנות, חסידות ברסלב, מחלוקת, ראש השנה, תפילה והתבודדות, התנגדות, יום טוב, שכל, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח האט מיין ווייב געבעטן פון מיר פאר אפיקומן אז איך זאל איר נאכאמאל צוזאגן אז איך בין נישט קיין ברסלב'ער. איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב די עצות און שכל פון הייליגן רבי'ן, און איך האב נישט אנגעהויבן קיין קריגעריי דערוועגן, איך האב איר גלייך צוגעזאגט אז איך לאז אפ ברסלב.


איך האב געטראכט צו זיך אז פון יעצט איז דער רבי און דער ראש ישיבה מער נישט ברסלב נאר אומאן, איך וועל גיין צום אומאן רבי און צום אומאן ראש ישיבה.


איך בעט ווייטער דעם אייבערשטן, "באשעפער העלף מיר איך זאל זיין אין אומאן אויף ראש השנה, און מיין ווייב און קינדער זאלן זיך נאך פרייען דערמיט, מיר לאזן גיין מיט שמחה, און מיינע קינדער זאלן לערנען אין די ברסלב'ע מוסדות".


ווען איך האב ווען נישט די שיעורים, וואלט איך געהאט צעשטערטע יום טוב. יישר כח פאר די שכל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט איר צוגעזאגט אז דו גייסט נישט מער האבן מיט ברסלב, אזוי האסטו געהאט א שיינעם יום טוב אן מחלוקות.


בנוגע צוזאגן; איך געדענק ביי מוהרא"ש אזא מעשה, איך בין געווען אין צימער ווען איינער פון אנשי שלומינו איז געקומען וויינען צו מוהרא"ש נאך ראש השנה אז זיין ווייב האט זיך אפגעשיידט פון אים, זי וויל מער נישט לעבן מיט אים - ביז ער זאגט צו אז ער פארט מער נישט קיין אומאן, זי פארלאנגט ער זאל אונטער שרייבן אז ער גייט מער נישט פארן קיין אומאן.


מוהרא"ש האט אים געזאגט: "אודאי זאלסטו אזוי טון, זאג איר צו אז דו פארסט מער נישט קיין אומאן"; מוהרא"ש האט אים געזאגט: "ווען דו זאגסט צו - זאלסטו טראכטן, דו זאגסט צו דו פארסט מער נישט, פינטל". אזוי ווי יעקב אבינו האט געזאגט פאר זיין טאטע יצחק (בראשית כז, יט): "אָנֹכִי עֵשָׂו בְּכֹרֶךָ", זאגן די הייליגע חכמים (תנחומא הישן, ט; הובא ברש"י) ער האט געזאגט "אָנֹכִי", איך בין, פינטל, איך בין ווער איך בין, "עֵשָׂו בְּכֹרֶךָ", עשיו איז דיין בכור. מוהרא"ש זאגט אים: "דו טראכט, איך זאג צו איך פאר נישט מער", פינטל, וואו? צו די לבנה, און מוהרא"ש זאגט אים: "זאלסט טאקע מער נישט פארן צו די לבנה, קיין אומאן אויף ראש השנה פאר איך יעדע יאר"; מוהרא"ש האט געשמייכלט, און ברוך השם יענער אינגערמאן איז צוריק מיט זיין ווייב און ער פארט יעדע יאר קיין ראש השנה, מיט דעם וואס ער האט צוגעזאגט.


מען דארף טון אלעס אויף דער וועלט עס זאל זיין שלום אין שטוב, און אז די ווייב איז אנגעגעסן אויף ברסלב, זי האט געהערט שלעכטע זאכן - איז נישט כדאי זיך צו עקשנ'ען. ענדערש געבט מען גערעכט, מען טענה'ט נישט, מען געבט נאך, און מיט תפילה און מיט חכמה קען מען איר מקרב זיין. אבער מען דארף האבן געדולד, עס נעמט צייט. אזוי ווי דער רבי פירט אויס די מעשה פונעם פארלוירענעם בת מלך (ספורי מעשיות, מעשה א): "דער שני למלכות האט זיך פארזוימט דארט אין שטאט, ווארום מען מוז זען מיט חכמה און שכל מען זאל זי ארויסנעמען, און צום סוף האט ער איר ארויסגענומען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#15 - וואס טו איך אז מיין ווייב לאזט נישט האבן ברסלב'ע זאכן אינדערהיים?
שלום בית, חסידות ברסלב, מחלוקת, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב קונטרסים פון עצתו אמונה ביי מיר אין ספרים שאנק פריוואט פאר מיר צו לערנען, שוין לאנג וואס מיין ווייב זאגט מיר אז זי וויל עס נישט אינדערהיים, אנפאנג האב איך איר געזאגט, "איך טייל דיך נישט איין וואס דו זאלסט ליינען, און דאס איז פאר מיר, די מוזט עס נישט זען", אבער יעדע שטיק צייט פלעגט זי סטראשען אז זי גייט עס ארויסווארפן, האב איך איר געזאגט "ערלעדיגט, טו וואס דו ווילסט.


די וואך האט זי אנגעהויבן בלאזן וועגן דעם, איך האב פרובירט צו רעדן מיט איר און פרעגן, "אפשר זאגסטו מיר וואס דו זעסט אויף מיר שלעכט צוליב דעם וואס איך האב שייכות מיט'ן ראש ישיבה?", און איך זאג איר, "דו מוזט נישט האלטן פון ברסלב, אבער דו וואלסט זיך געדארפט פרייען אז דיין מאן איז אנגעקומען קיין ברסלב, פאקטיש זעען די קינדער א טאטע וואס גייט דאווענען דריי מאל א טאג, ער לערנט, ער גרייט אן נעגל וואסער", ביז די טענה'רייען זענען אריין אין די הויכע טענער, האב איך אויפגעהערט.


נעכטן האט זי געבלאזן און מיר געשיקט מעסידזשעס וועגן דעם, איך האב עס איגנארירט. זי האט מיר געקלינגען, איך האב אבער גערעדט פון אנדערע זאכן. היינט אינדערפרי שטייט זי אויף פאר איך גיי און זי נעמט צוזאם אלע קונטרסים און לייגט עס אריין אין א זעקל און געבט מיר עס, איך האב עס גענומען און זיך נישט געקריגט מיט איר, זי איז געווען פרייליך און זיך באדאנקט פאר מיר, און איך האב איר גארנישט געזאגט.


וואס טו איך? וואס איז די ריכטיגע מהלך פאר דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט קיין מחלוקות אין שטוב; אז דיין ווייב וויל נישט די ספרים אין שטוב - נעם עס ארויס, טו אלעס אין דער וועלט נישט צו צעברעכן דיין שטוב.


עסאיז דא גענוג וועגן ווי אזוי צו לערנען די הייליגע ספרים אן דעם וואס די ווייב זאל דארפן ווערן וויי געטון.


איך בעט דיר זייער, זיי זיך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן.


וואס קען מען טון אז דער רבי איז אזוי פארשעמט? וואס קען מען טון פאר דעם? דאס איז דער גלות, אז מען רעדט אויף צדיקים, מען איז מבזה צדיקים; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, וויינען און שרייען אז דער גלות זאל זיך שוין ענדיגן, די לשון הרע'ס, די ליצנות, דאס מבזה זיין צדיקים - זאל שוין קומען צו א סוף. דער רבי זאל שוין אריינגיין אין די וועלט, זאלן אלע אננעמען דעם רבינ'ס ווערטער און אנהויבן לעבן מיט אמונה, אלע זאלן דאווענען, זיך מתבודד זיין צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#14 - ווי אזוי דערהאלט איך זיך ווען עס איז א גיהנום אינדערהיים?
שידוכים, תהלים, כיבוד אב ואם, קינדער, מחלוקת, תפילה והתבודדות, אידישע שטוב, משפחה, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין לאנגע חדשים וואס דער מצב ביי אונז אינדערהיים איז זייער שווער, אבער יעצט איז שוין ממש עק וועלט, מיינע עלטערן האלטן זיך ביים גט'ן, און יעדן טאג איז דא קריגערייען און פיינטשאפט אינדערהיים, עס שפירט זיך ווי זיי זענען ממש צוויי פיינט.


איך שרייב די ווערטער מיט טרערן אין די אויגן, איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך מוז האבן אסאך חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין אין לעבן מיט שמחה און ערליכקייט.


אויסער דער זע איך ווי מיינע עלטערן ווערן שוואכער און שוואכער אין אידישקייט, און ווי מיין יונגערע שוועסטער קען מער נישט אויסהאלטן דעם מצב און זי אנטלויפט צו מאוויס, און דאס טוט מיר זייער וויי.


איך דאנק דעם אייבערשטן יעדן טאג אז ער האט מיר צוגעשטעלט די רפואה פאר די מכה, אז איך בין געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן, צו די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, וואס דאס געבט מיר חיות, האפענונג, און א שטארקע אמונה, איך קען זיך נישט פארשטעלן ווי אזוי איך וואלט זיך אן עצה געגעבן אן דעם.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען שרייבן אביסל חיזוק, און אויך ווי אזוי איך קען מחזק מיין יונגערע שוועסטער און איר ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, כ"א שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דערהאלטס אייך מיט אלע כוחות, נאך אביסל ווערט איר א כלה, איר וועט אויפשטעלן א שיינע אידישע ווארעמע שטוב, און מיט'ן רבינ'ס עצות און מיט'ן רבינ'ס שכל - וועט איר האבן א זיסע גוטע לעבן.


עס איז זייער שווער פאר קינדער ווען עלטערן קריגן זיך. קיינער פארשטייט נישט די צער פון די קינדער וואס די עלטערן קריגן זיך; עס איז זיי געפערליך שווער, מען ווערט צעדריקט יעדע מינוט אין לעבן.


מישט זיך נישט אריין ווען זיי קריגן זיך. איר זאלט שטיין פון די זייט און בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זיך נישט קריגן, זיי זאלן זיך ליב האבן. אזוי אויך געבט אכטונג אויף אייערע יונגערע געשוויסטער, עס זאל זיי גוט זיין.


זייט שטארק אין תפילה והתבודדות, גייט יעדן טאג אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, און גיסט אויס אייער הארץ. שמועסט מיט'ן אייבערשטן אין אייער שפראך, דערציילט אים וואס גייט אלץ אריבער אין שטוב, דערציילט אים אייער ווייטאג, בעטס אים פאר א גוטע שידוך, פאר שלום ביי די עלטערן און ביי גאנץ כלל ישראל.


אזוי אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג תהילים, אפילו נאר אפאר קאפיטלעך תהילים - וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין ווייב זאל מיך לאזן פארן קיין אומאן?
אומאן, שלום בית, תפילות אויף אידיש, מחלוקת, ראש השנה, ליצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די עצות און חיזוק בנוגע אומאן. איך האב גערעדט צו מיין ווייב וועגן אומאן, אז איך וויל פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה, קודם האט זי מיר געזאגט אז דאס יאר קען מען דאך נישט פארן עס איז א סכנה, האב איך איר געזאגט אז עס איז נישט קיין סכנה, זאגט זי מיר זייער שטרענג, "ווי לאנג דו ביסט חתונה געהאט מיט מיר, פארסטו נישט קיין אומאן!!!" און זי פרעגט מיר, "דו גייסט יעצט בלאזן אויף מיר?" זאג איך איר: "ניין! איך בין נישט ברוגז אויף דיר, נאר איך וועל זיין זייער פרייליך צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און נאכדעם האט זי פארדרייט דעם שמועס.


וואס טו איך יעצט? זי רעדט ווי א בעל הבית אויף מיר, און דאס שטערט מיר זייער שטארק, איך וויל אזוי שטארק פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, איך פרוביר אזוי שטארק צו פאלגן דעם ראש ישיבה בנוגע שלום בית ווייל מוהרא"ש זאגט אויב מען האט נישט קיין שלום בית נוצט די ווייב אויס אומאן אלס סטראשע נישט צו לאזן פארן קיין אומאן, וואס טו איך, איך וויל אבער יא קומען צום רבינ'ס ראש השנה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין זיכער אז אויב דו וועסט רעדן צו איר שיין און ווייך - וועסטו געווינען איר הארץ און זי וועט דיך לאזן גיין קיין אומאן. שלמה המלך זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַךְ, יָשִׁיב חֵמָה", רעדן ווייך נעמט אוועק יענעמ'ס צארן; דורך רעדן ווייך און שיין קען מען איבערדרייען דעם הארטסטן מענטש.


דיין ווייב שעמט זיך פון אירע חבר'טעס און פון אירע עלטערן, דעריבער שרייט זי אויף דיר, דאס איז אלעס פון די מחלוקות אויפ'ן רבי'ן. אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "איך בין אמאל אריינגעקומען צום רבי'ן אין צימער און געטראפן דעם רבי'ן וויינען, איך האב זיך זייער דערשראקן, איך פרעג דעם רבי'ן 'פארוואס וויינט דער רבי?' זאגט מיר דער רבי, 'אזוינס צו זאגן אויף מיר, אז איך בין פון יענעם כת רחמנא לצלן?!' רבי נתן האט נישט געקענט צוקוקן ווי דער רבי וויינט, איז ער אוועקגעגאנגען.


רבי נתן דערציילט, דעמאלט האט ער נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט, וואס גייט אן דעם רבי'ן וואס יענער זאגט? אבער שפעטער ווען דער רבי איז אוועק פון די וועלט און ער האט געוואלט אריינברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין די וועלט און עס האט זיך אנגעפאנגען א שרעקליכע התנגדות, מען האט גע'רודפ'ט רבי נתן מיט שרעקליכע רדיפות, האט רבי נתן געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דער רבי האט אזוי געוויינט, נישט ווייל יענער האט גערעדט אויף אים, נאר דער רבי האט געוויינט ווייל ער האט געזען אז דורך די מחלוקות און דורך די לשון הרע וואס מען רעדט אויף אים - וועלן מענטשן נישט מקורב ווערן צו אים און עס וועט זיין זייער שווער אריין צו ברענגען אין מענטשן די ליכטיגע עצות".


דאס אז דיין ווייב שרייט אויף דיר אז דו קענסט נישט פארן קיין אומאן דאס איז פון די מחלוקות, פון לשון הרע - וואס ציט זיך שוין איבער צוויי הונדערט יאר און דאס האלט אפ די גאולה. דער רבי האט די כח צוריק צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, אלע זאלן תשובה טון, נאר די מחלוקות און הוצאת שם רע פארשטעלט אלסדינג.


איך בעט דיר זייער, ווער נישט בכעס אויף דיין ווייב; זיי איר דן לכף זכות, זי שעמט זיך פון איר משפחה, פון איר טאטע מאמע און געשוויסטער, דאס מאכט זי זאל שרייען אויף דיר, אבער אז דו וועסט רעדן שיין צו איר - וועסטו איר איבערדרייען.


דו רעד צו איר שיין און ווייך; זאג איר: "איך וועל זיך אזוי פרייען אז דו וועסט רעדן שיין צו מיר, מיין טייערע ווייב, אז דו וועסט מיר זאגן אז עס איז דיר שווער אז איך פאר אוועק אויף ראש השנה - וועט מיר דאס נישט אזוי באדערן, נאר דאס וואס דו זאגסט מיר אזוי שארף 'ווי לאנג איך לעב פארסטו נישט קיין אומאן!' דו רעדסט צו מיר אזוי שארף, דאס טוט מיר זייער וויי"; זאג איר: "לאמיר זיך דורכשמועסן אינאיינעם, לאמיר זיין איינשטימיג, איך האב צו דיר חתונה געהאט, איך וויל נאר טון גוטס, איך וויל פארן קיין אומאן - נישט דיר איבער צו לאזן, איך וויל פארן צום צדיק וואס געבט מיר לעבן, איך וויל פארן קיין אומאן ווייל דער רבי שטארקט מיר מיין אמונה, ער בלאזט אריין אין מיר א חיות אין עבודת השם, און אז דער רבי זאגט מען זאל קומען קיין אומאן אויף ראש השנה וויל איך אזוי שטארק גיין; מיין טייערע ווייב, פארוואס ווילסטו נישט רעדן צו מיר? איך בין דאך אזוי גוט צו דיר, איך העלף דיר א גאנץ יאר, איך בין גרייט פאר דיר א גאנץ יאר, איך רעד צו דיר שיין, איך טשעפע דיך נישט, פארוואס זאלסטו מיך אזוי טשעפען? פארוואס ווילסטו נישט רעדן מיט מיר פון א זאך וואס איז ביי מיר אזוי חשוב?!"


דו בעט דעם אייבערשטן טאג נאך טאג, וואך נאך וואך: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל אנקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, איך וויל זוכה זיין דער רבי זאל מיך מתקן זיין, הייליגער באשעפער, פארוואס איז דא אזא מחלוקות אויפ'ן רבי'ן?! פארוואס איז דער רבי אזוי פארשעמט?! פארוואס קען מען פארן איבעראל, מען קען גיין איבעראל - אויסער קיין אומאן?! העלף מיר אז מיין ווייב זאל אויך מקורב ווערן, איך זאל קענען גיין צום רבי'ן מיט מיינע קינדער און מיינע דורות"; מיט תפילה וועסטו אלעס איבערדרייען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#12 - וואס האב איך אלץ באקומען ביים רבי'ן?
חסידות ברסלב, מחלוקת, היכל הקודש, עבודת השם, ליצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך זייער געפרייט צו באקומען די בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, ברוך ה' מיט די עצות פון רבי'ן האט מען א גוטע לעבן, עס איז שווער מסביר צו זיין פאר א צווייטן; אבער אז דער ראש ישיבה שרייבט ער ווארט צו הערן וכו', וועל איך שרייבן אביסל.


איך וועל שרייבן אביסל מיין סדר היום. איך פרוביר אויפצושטיין בערך פינף אזייגער, איך גיי גלייך אין מקוה אין מיין הויז (שיריים פון קאראנע), נאכדעם גיי איך ארויס הונטער מיין הויז פאר התבודדות. די צייט איז אזוי געשמאק, מען פילט דאס וואס דער רבי זאגט אויף הניעור בלילה; אלעס שלאפט, קיינער שטערט נישט.


איך בין עוסק אסאך אין דאנקען, מער ווי בעטן; קודם ווייל עס איז ברוך ה' דא גענוג און נאך אויף וואס צו דאנקען, און אויך זעט מען וואונדערליכע ישועות ווען מען דאנקט אויף זאכן וואס זעט אויס נישט גוט, און אויך ווערט מען זייער פרייליך און פאזיטיוו.


נאכדעם לערן איך ח"י פרקים משניות, און מיט דעם האב איך שוין איינגענומען דעם טאג, ווייל ווי לאנג איך האב עס נישט געענדיגט - ענדיגט זיך נישט דער טאג.


נאכדעם לערן איך פינף דפים זוהר הקדוש; דעם שבת האב איך ברוך ה' מסיים געווען גאנץ זוהר.


נאכדעם גיי איך דאווענען וכו', נאכדעם ארבעט איך אפאר שעה. אויב בין איך געגאנגען שלאפן שפעט די נאכט פריער, לייג איך מיך אראפ אביסל; יעצט זומער גיי איך שווימען אביסל (מוהרא"ש האט מיר געזאגט עס איז זייער געזונט פאר עקסערסייז).


שפעטער נאכמיטאג לערן איך דעם בלאט גמרא, שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, אשר בנחל, און אויך א מסכת פון די צייט; איך האב יעצט אנגעהויבן מסכת יומא פאר יום כיפור, מסכת ראש השנה וועל איך אם ירצה ה' אנהויבן ראש חודש אלול, אויך אנשטאט זוהר האף איך צו לערנען יעצט תיקוני זוהר, שפעטער ביינאכט לערן איך לקוטי מוהר"ן כפי הפנאי, און אזוי אנדערע שיעורים (שלחן ערוך לערן איך נאכ'ן דאווענען), טור, רמב"ם, לקוטי הלכות.


באמת דערצייל איך קיינעם גארנישט, אבער איך וויל דער ראש ישיבה זאל זען אז די ארבעט צאלט זיך אויס; איך האף עס וועט געבן כח אנצוגיין ווייטער, אז מען פאלגט קען מען זוכה זיין צו לעבן אין גן עדן דא אויף די וועלט.


יישר כח פאר אלעס! דער אייבערשטער זאל געבן כח פאר'ן ראש ישיבה אונז ווייטער מחזק זיין, און הצלחה בכל הענינים.


איך בעט דער ראש ישיבה זאל מתפלל זיין פאר אונז ... להצלחה בכל הענינים.


מיין זון ... נרו יאיר האט מסיים געווען צום ערשטן מאל תהילים פאריגע וואך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס מען באקומט פון הייליגן רבי'ן וואלט יעדער געקומען צום רבי'ן און מען וואלט געברענגט די קינדער צום רבי'ן - כדי זוכה זיין אויך צו באקומען די שיינע לעבן וואס דער רבי געבט אונז, אבער ליידער האט דער שטן געמאכט אזא מחלוקת אויפ'ן רבי'ן, מיט אזעלכע לשון הרע אויף ברסלב - אז מענטשן ציטערן די קינדער זאלן נישט ווערן ברסלב'ער.


אבער באמת איז דאס א ליגנט, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך נאר אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען, איך קריג אויך אויף דעם מענטש, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט - קריג איך אויך".


וואו אין די וועלט הערט מען ביי פשוט'ע אידן אזוי ווי מיר זענען - זאלן אויפשטיין פארטאגס זיך גיין מתבודד זיין און לערנען שיעורים בכל התורה כולה? ווי אין די וועלט זאלן פשוט'ע מענטשן האבן אן השגה אין עבודות הצדיקים? דאס איז דער כח פון רבי'ן, און דעריבער מאכט דער סמ"ך מ"ם ליצנות פון רבי'ן, ער שפעט און לאכט. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און איז דערנאך צוריקגעקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפגיין, מיר האבן שוין אן עצה"; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט די עצה איז שפעטן, מען לאכט און מען שפעט; דער סמ"ך מ"ם מאכט א געשפעט פונעם הייליגן רבי'ן.


שטארק זיך ווייטער אין דיין עבודות השם, אויך זאלסטו עוסק זיין אין די הייליגע הפצה; גיי יעדן טאג אביסל הפצה, שטעל זיך נישט אפ פאר קיינעם; טראכט פון נשמות ישראל ווי זיי זענען נעבעך אזוי פארפאלן, און מען קען זיי ראטעווען נאר מיט'ן רבינ'ס עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#11 - קענט איר אביסל דערציילן וואס איר האט מקבל געווען פון מוהרא"ש?
התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, ספרי ברסלב, אשר בנחל, צדיקים, מוהרא"ש, היכל הקודש, שלום, תשובה, הפצה, דרשות, בחור, עצתו אמונה, ראש ישיבה, התנגדות, סדר דרך הלימוד, רעדן, תעניתים, זיכוי הרבים, בריוו, משיח, מנהיגים, סיפור התקרבות, מגילת סתרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף שרייב איך יעצט א ספר איבער מוהרא"ש, און איך פרוביר צו רעדן צו די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש צו הערן און פארשטיין אביסל וואס מוהרא"ש האט אלץ אויפגעטון און געטון פאר אונז. איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אביסל צייט, און מיר איבערגעבן וואס דער ראש ישיבה האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.


א.    ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל, און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


ב.    וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חייתו?


ג.      עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


ד.     דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


ה.    דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


ו.      וואס איז דא אין ברסלב, אז עס ציעט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


ז.      חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה דעם געבענטשטן טויש וואס האט פאסירט?


א גרויסן יישר כח פון פאראויס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מצורע, ד' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו ענטפערן אויף אלע אייערע פראגעס.


ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי דער ראש ישיבה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש זכרונו לברכה בפרט, און אויב איך קען אייך דערציילן מיין סיפור התקרבות; וואס זאל איך אייך זאגן, דאס איז א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיך מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "'אתה יודע רזי עולם', דער אייבערשטער ווייסט דער סוד פארוואס איך ווייס פון אזא רבי און א צווייטער נישט".


איר בעט מיר איך זאל אייך שרייבן מיין סיפור התקרבות; עס איז א לאנגע סיפור, איך וועל אייך שרייבן אויפ'ן שפיץ גאפל.


געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זייער טייערע עלטערן, איך קום מיין לעבן פאר מיינע עלטערן, זיי זענען ספעציעלע מענטשן, מיין טאטע שליט"א - זיין גאנצע לעבן איז נאר לערנען די הייליגע תורה און דינען דעם אייבערשטן, אזוי אויך מיין מאמע תחי' - איר גאנצע לעבן איז אמונה, תפילה און שמחה. איך האב אלע יארן זייער שטארק געוואלט זיין אן ערליכער איד, איך האב געזוכט א וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. איך האב זוכה געווען אויפצואוואקסן ביי מיין זיידע, הגאון הצדיק רבי יחזקאל רוטה זכרונו לברכה, איך האב אים משמש געווען אסאך יארן בייטאג און ביינאכט, איך האב געזען זיין עבודה, זיינע תעניתים, זיינע סיגופים, ווי ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש, ער איז נישט געשלאפן אין בעט קיין איין נאכט, ער איז געזיצן און געלערנט יומם ולילה, געזיצן א גאנצן טאג מעוטר בטלית ותפילין, געלאפן אין מקוה צענדליגער מאל א טאג.


איך האב געזען זיינע עבודות און איך האב פארשטאנען אז א צדיק קען מען נאר ווערן דורך די שווערע עבודות, דורך פאסטן, סיגופים און אזוי ווייטער, איך האב דאס פרובירט נאך צו טון, עס איז מיר אבער נישט געגאנגען. מיר האט דאס זייער וויי געטון, איך האב פרובירט צו לערנען, דאווענען און טון רצון השם, איך האב אבער געשפירט א חסרון אין מיין עבודות השם, איך האב געשפירט ווי עפעס פעלט מיר; אזוי ווי דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם רב און בן יחיד (ספורי מעשיות, מעשה ח), דער בן יחיד האט געשפירט אז עפעס פעלט אים אין לעבן.


ביז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב געפונען א קליין ספר, ספר אשר בנחל חלק כז, און עס האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט. איך האב אנגעהויבן שפירן אז עס איז דא א וועג צו ווערן אן ערליכער איד - דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן; מען קען זיין דא אויף די וועלט, מען קען עסן, שלאפן, זיין א מענטש צווישן מענטשן, און זיין דבוק צום אייבערשטן; דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך התבודדות ותפילה - ווערט דער מח צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


***


וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו?


אויף אייער פראגע, וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו; עס איז שווער אראפצושרייבן אין איין בריוו אלע שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש, איך וועל אייך שרייבן דריי שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש; דריי וויכטיגע יסודות וואס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


ערשטנס א וועג ווי אזוי צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; מוהרא"ש האט אונז געלערנט א "סדר דרך הלימוד" פאר יעדן איינציגסטן מענטש צו קענען לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, אפילו מען פארשטייט נישט ביים אנהויב וואס מען לערנט - זאל מען זיך נישט אפשטעלן, נאר ווייטער לערנען; מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו בלא הבנה כלל. מען זאל פרובירן זיך קאנצעטרירן צו פארשטיין וואס מען לערנט; אז מען פארשטייט איז גוט, און אז מען פארשטייט נישט - זאל מען ווייטער גיין, ווייטער זאגן די ווערטער, זיך נישט אפשטעלן; מען זאל לערנען און לערנען ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


*


צווייטנס האב איך געהערט פון מוהרא"ש די זאך פון התבודדות; ווי די גאנצע לעבן טוישט זיך צום גוטנס ווען מען רעדט און מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, דאס איז ביי מיר געווען די שטערקסטע זאך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


אפילו איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב פון אמונה, אלע ווייסן פון תפילה, מיינע עלטערן זענען זייער ערליכע אידן, אבער אויף לעובדא ולמעשה, איך זאל אנהויבן לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן - האב איך באקומען ביי מוהרא"ש; קענען שמועסן מיט'ן אייבערשטן, רעדן צו אים אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטער פריינט.


*


דריטנס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש אכטונג צו געבן אויף מיין ווייב תחי'. איידער מיין התקרבות האב איך געמיינט אז שלום בית איז א שיינע זאך צו האבן, איך האב דאס נישט אגעקוקט ווי א זאך וואס האט מיט עבודת השם. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געלערנט אז שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם, צו זיין אן ערליכער איד; מען מוז רעדן שיין אין שטוב, מען מוז רעדן שיין צו די ווייב, קיינמאל זיך נישט טענה'ען מיט איר; נאר אזוי קען מען האבן א ריינע מח מחשבה און ווערן א גרויסער צדיק.


*


איך האב גארנישט באקומען עפעס ספעציעל מער פון אנדערע; מוהרא"ש האט איבערגעלאזט פאר יעדן איינעם ספרים אן א שיעור און טויזנטער בריוו, חיזוק און עצות ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, אראפגעברענגט פאר אונזערע קליינע פארשמירטע מוחות, מיר זאלן אויך האבן אן השגה און פארשטיין דעם רבינ'ס עצות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר גארנישט ספעציעל געזאגט; איך האב געהאט די זכי' פאר צען יאר יעדע וואך ליל שישי נאכן שיעור אריינצוגיין צו מוהרא"ש זכרונו לברכה אל הקודש פנימה, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר לענגער ווי מיט אנדערע, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר אסאך מאל א שעה אדער מער; די חברים פלעגן מיר פרעגן: "וואס האט מוהרא"ש גערעדט? וואס האט מוהרא"ש דערציילט?" איך פלעג זיי זאגן: "מוהרא"ש האט גארנישט דערציילט עפעס סודות וואס נאר איך מעג וויסן און אנדערע נישט, מוהרא"ש האט מיט מיר געשמועסט וואס עס שטייט אין די בריוו"; זאכן וואס איז נוגע צו פירן א ישיבה, א חדר, א בית חנוך לבנות, ווי אזוי צו פירן אינגעלייט וכו', פון סדר דרך הלימוד און פון די זיסע עצות פון רבי'ן. אסאך מאל איז געווען פרטיות'דיגע שאלות ווי אזוי זיך צו פירן מיט די תלמידים, אדער ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די מחלוקות וואס איז געווען קעגן מיר; אלעס שטייט געשריבן אין די ספרים און קונטרסים, ווער עס וועט לערנען די ספרים וועט אלעס זען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט וועגן דעם ספר מגילת סתרים (ספר פעלת הצדיק, סימן תרח) דער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן און רבי נפתלי אלעס וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, רבי נתן האט דאס אפגעשריבן אין ראשי תיבות און דאס איבערגעגעבן פאר רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר זיין זון, דער גרויסער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה און ער האט דאס איבערגעגעבן פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה. אלע פרעגן 'פארוועם האט דאס מוהרא"ש איבערגעגעבן?' דער ענטפער איז: מוהרא"ש האט דאס אריינגעלייגט אין ספר אשר בנחל, ווער עס לערנט דעם ספר קען זען און פארשטיין וואס וועט זיין דער גאנצער סדר ביז משיח וועט קומען, אמן ואמן.


***


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


אויף אייער פראגע, עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, וואס זענען אבער די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש אלס פערזענליכקייט; מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "איך וואלט ווען געקענט נעמען די עצות, חיזוק און שכל פון רבי'ן און לעבן מיט דעם פאר מיר אליינס, זיך איינשפארן אין א ספרים צימער, לערנען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, און זיין דבוק צום אייבערשטן מיט די גרעסטע מאס דביקות"; דאס ווייסטו, אז מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט ספרים, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "יעדער מענטש האט זיינע תאוות, מיין תאוה איז ספרים"; יעדע ספר וואס איז ארויס לאור עולם האט מען געברענגט פאר מוהרא"ש, מוהרא"ש האט געהאט אנגעגרייט מענטשן פאר דעם, זיי זענען געווען ממונה צו גיין יעדן טאג אין די ספרים געשעפטן אויפזוכן פאר אים נייע ספרים, זיי האבן געברענגט יעדע ספר וואס איז ארויסגעקומען פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה וואלט ווען געקענט פארשפארן זיין טיר און זיין פארנומען א גאנץ לעבן מיט לערנען און דאווענען, מוהרא"ש האט אבער אנדערש געטון, ער האט אלעס אוועקגעלייגט, ער האט עוסק געווען זיין גאנץ לעבן מיט אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן; ער האט זיך פארשמירט מיט בלאטע צו העלפן אידישע קינדער.


מיר געפונען, דוד המלך האט געזאגט (ברכות ד.): "וַאֲנִי יָדַי מְלוּכְלָכוֹת בְּדָּם", מיינע הענט זענען פארשמירט צו מטהר זיין אידישע קינדער; דאס האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געטון, ער האט זיך אוועקגעגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער; אלע האבן געלאכט פון אים, אלע האבן געשפעט פון אים; עד היום וועסטו הערן מענטשן רעדן קעגן דעם צדיק.


מוהרא"ש האט קיינעם נישט שלעכטס געטון, ער האט סך הכל געשריבן ספרים און קונטרסים פון נושאים וואס קיינער וויל נישט רעדן פון דעם, מחזק זיין בחורים און מיידלעך זיי זאלן נישט אויפגעבן אפילו זיי זענען אראפגעפאלן אין פגם הברית, זיי זענען נכשל געווארן אין די הארבע עבירה רחמנא לצלן; זאלן זיי נישט טראכטן אז זיי זענען דערנאך, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן זייער תשובה; אויב זיי וועלן זיך מתבודד זיין, זיי וועלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן און שרייען צו אים: "הייליגער באשעפער איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות; איך זאג דיר צו איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי זיין ערליך" - נעמט דער אייבערשטער זיי אן.


עס דרייען זיך ארום טויזנטער און צענדליגער טויזנטער בחורים און מיידלעך פארלוירן, צעבראכן, אליינס; קיינער ווייסט נישט זייער צער וואס זיי גייען אריבער, נאר דער אייבערשטער ווייסט און זעט זייער הארץ, זיי ווילן אזוי שטארק זיין גוט, זיי ווילן זיין אפגעהיטן אבער זיי קענען נישט, זיי פאלן אין שאול תחתיות, זיי זענען אבער נישט שולדיג; צו זיי איז מוהרא"ש געקומען און זיי מחזק געווען, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיי געשריבן טויזנטער בריוו זיי זאלן נישט אויפגעבן, זיי זאלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט כמה פעמים און דאס געשריבן, ווען ער וועט ארויפקומען אויבן אין הימל וועט ער זיך אננעמען פאר בחורים און מיידלעך, ער וועט איבערדרייען דעם בית דין של מעלה, ער וועט טענה'ען פאר די אלע וואס מען האט אראפגעווארפן אין פגם הברית, ער וועט זאגן פאר די מקטריגים זיי זאלן אראפקומען זיין דא אויף דער וועלט, וועלן זיי זען אז עס איז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן נאר אז מען האט חתונה; ווילאנג מען איז א פלג גוף - איז מען אין א סכנה.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לערנען, עס האט געברענט אין אים אויסצולערנען פאר אלעמען אז עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם ווי אזוי צו לערנען און ווערן א גרויסער צדיק.


מוהרא"ש האט געדרוקט און פארשפרייט דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן, א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, דורך זאגן בלויז די ווערטער פון תורה.


פרעגט נישט; מען האט חוזק געמאכט, מען האט געשפעט; עד היום שפעט מען פון דעם "סדר דרך הלימוד", אפילו אין ברסלב וואס זיי וואלטן ווען געדארפט זיין די ערשטע דאס צו טון, דאס איז דאך נישט מוהרא"ש'ס אייגענע אויסגעטראכטע וועג, דאס איז די וועג פון הייליגן רבי'ן, קוק אריין אין שיחות הר"ן סימן עו באריכות, וואו עס שטייט אז מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין, וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם לֹא יָבִין אַחַר כָּךְ מַה בְּכָךְ? וְכוּ'" זיי האבן אפגע'חוזק'ט.


פון די אנדערע זייט האבן טויזנטער מענטשן באקומען א וועג צו לערנען. מוהרא"ש האט גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד ביי יעדע שיעור, ער האט זיך געבעטן ביי אונז: "הויבט אן זאגן משניות", "הויבט אן זאגן גמרא", "זוכט נישט צו פארשטיין, ביים סוף וועט איר פארשטיין", עס האט געקענט אויסקוקן ווי איינער בעט זיך מען זאל אים א טובה טון, אזוי פלעגט מוהרא"ש אונז בעטן; ער האט זיך געבעטן מיר זאלן דאס אננעמען פאר אונזער אייגענע טובה, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען ווען מען וועט אונז פרעגן די שווערע פראגע (תנא דבי אליהו רבה, א): "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", הויב אן זאגן מקרא וואס דו האסט געלערנט, "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", הויב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט; קיינער טראכט נישט פון די שאלה, מען טראכט נאר פון זאכן פון די וועלט; דער צדיק האט רחמנות אויף אונז, ער טראכט וואס וועט זיין אויבן אין הימל ווען מען וועט פרעגן 'וואס האסטו געלערנט?' ווי גרויס וועט זיין די בושה, ווי גרויס וועט זיין די שאנד; מען וועט זיך נישט וויסן וואו אהין צו טון.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו זיין דבוק צום אייבערשטן, עס האט געברענט אין אים דאס אויסצולערנען פאר אלעמען, עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם צו זיין דבוק צום אייבערשטן און ווערן א גרויסער צדיק. ער האט געשריבן אזויפיל בריוו פון אלע סארט זאכן און אלעס קומט צוריק צום זעלבן מכוון, אלע בריוו ענדיגט זיך מיט איין עצה: "בעט דעם אייבערשטן", "רעד צום אייבערשטן", "שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן"; נישט קיין חילוק ווער דו ביסט, וואס דו טוסט, ווי אזוי דו פירסט זיך - דערצייל אלעס דעם אייבערשטן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר, דערצייל אים ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ איין מאל און נאכאמאל; דאס רעדן צום אייבערשטן ברענגט דביקות בשם.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים, זיך אויסקומען מיט מענטשן, מיט עלטערן, ווייב און קינדער; עס איז אים געגאנגען אין לעבן דאס אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט.


*


דאס איז א קליינע ברעקעלע השגה וואס מיר קענען זאגן, וואס מיר פארשטייען און מיר זעען - וואס דער צדיק איז געווען.


***


דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


אויף אייער פראגע ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געזאגט איך זאל עפענען די ישיבה, רעדן צו די בחורים פון סדר דרך הלימוד און פון די עצות פון רבי'ן. מיט די צייט האבן די בחורים אנגעהויבן אפצוכאפן די דרשות און דאס ארויסגעגעבן פאר אנדערע בחורים, עס האט זיך אנגעהויבן א התעוררות אין אנדערע ישיבות, בחורים האבן זיך צוגעכאפט צום "סדר דרך הלימוד", שפעטער זענען געקומען אינגעלייט פון ארץ ישראל, זיי האבן אנגעהויבן מתרגם זיין די דרשות פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש זיי זאלן אויך פארשטיין, נאכדעם זענען געקומען וואס זענען מתרגם אויף ענגליש און אויף ספאניש; עס וועט נאך זיין אויף אלע שפראכן.


*


יארן צוריק ווען עס האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל געבן שיעורים פאר חתנים און אברכים, דעמאלט פלעגט זיין שיעורים נישט באופן קבוע, נאר שטילערהייט פאר תלמידי הישיבה, מוהרא"ש האט דעמאלט געלעבט איז דאס געווען אויף א קליינעם פארנעם.


שפעטער ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין די רעבעצין עליה השלום, זי האט מיר זייער ליב געהאט; זי האט זיך זייער צואוויינט, זי האט מיר דעמאלט געזאגט א ווארט וואס איז מיר זייער אריין אין מיינע ביינער, דאס האט געטוישט מיין מהלך מחשבה, פון דעמאלט האב איך אנגעהויבן מיט שיעורים און דרשות באופן קבוע.


די רעבעצין האט מיר דעמאלט געזאגט א זאך וואס זי האט קיינעם נישט געזאגט, זי האט מיר געזאגט מיט בכיות נוראות: "וואס זאל איך טון, איך האב נישט געהאט די שכל, איך האב נישט געפאלגט מוהרא"ש"; איר ווייסט דאך זיכער, ווען די רעבעצין האט באקומען די שרעקליכע מחלה לא עלינו ולא עליכם האט מוהרא"ש זיך געבעטן ביי איר, ביי די קינדער און אייניקלעך אז מען זאל איר נישט געבן די שארפע קימא טערעפי, מוהרא"ש האט געזאגט: "אויב מען וועט געבן פאר מיין ווייב די שארפע מעדעצין וועל איך אוועקגיין נאך פאר איר פון די וועלט, און נאכדעם וועט זי אוועק גיין פון די וועלט, און אויב וועט זי נישט נעמען קיין מעדעצין וועט זי זיין געזונט און שטארק און איך וועל אויך בלייבן לעבן"; זיי האבן זיך אלע אויסגעלאכט, זיי האבן נישט געהאט קיין אמונת חכמים, זיי האבן גערופן דאקטורים מיט רבנים זאלן פארדרייען דעם קאפ.


למעשה האט זיך מוהרא"ש געהאלטן פעסט, און ווער עס איז אריינגעקומען צו אים האט מוהרא"ש זיך געבעטן: "פאלגט מיר, געבט נישט מיין ווייב קיין טריטמענטס, נאר אזוי וועט זיין א ישועה"; למעשה האט מען נישט געפאלגט, מען האט אנגעהויבן געבן טריטמענטס פאר די רעבעצין, און אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט - אזוי איז געווען, מוהרא"ש איז קודם נסתלק געווארן.


דעמאלט בין איך געקומען מנחם זיין, האט זי געוויינט זייער ביטערליך צו מיר, זי האט מיר געזאגט: "פארוואס האב איך נישט געפאלגט? פארוואס האב איך זיך געהאלטן קלוגער?!" דעמאלט האט זי מיר געזאגט א ווארט וואס איז מיר אריין אין מיינע ביינער, זי האט מיר געזאגט: "אויב דו וועסט נישט צאמנעמען די אינגעלייט און די בחורים, זיי ווייטער מחזק זיין - וועט דיר מיין מאן האקן אויפ'ן קאפ מיט א שטעקן, איך ווארן דיר אויב דו וועסט לאזן צעפאלן די שיינע חבורה", זי האט עס געזאגט אין ענגליש און מיין ווייב האט מיר דאס איבערגעטייטשט; דאס האט מיר געמאכט איך זאל צאמנעמען די חברים און תלמידים, איך האב גענומען אלע אינגעלייט און זיי אנגעהויבן מחזק זיין ביתר שאת וביתר עוז.


***


דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


אויף אייער פראגע, דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה; דער רבי זאגט אויס דעם סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין מען זאל אננעמען די דיבורים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): "לֹא כָּל דִּבּוּר נִקְרָא דִּבּוּר, כִּי דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל אֵינוֹ נִקְרָא דִּבּוּר", ווען מען רעדט און קיינער הערט נישט אויס וואס מען רעדט - הייסט עס כאילו מען האט נישט גערעדט, נאר ווען מען הערט אויס וואס מען רעדט - דעמאלט איז א סימן אז דער מענטש רעדט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ד) "אֵין אֹמֶר וְאֵין דְּבָרִים, בְּלִי נִשְׁמָע קוֹלָם", וואס איז די סוד מען זאל אויסהערן? "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער, מען רעדט פאזעטיוו - הערט מען אויס די דיבורים, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, "אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער - וועט מען דאס נישט אננעמען, "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר?" ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, צו רעדן איינגענעמע ווערטער, מענטשן זאלן אים אויסהערן און אננעמען וואס ער זאגט? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער - דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אלע נעמען דאס אן, אבער אז נישט - זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: ווי אזוי קומט מען צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים.


דאס איז דער סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין ווען מען רעדט צו מענטשן, בפרט צו בני הנעורים - זיי זאלן אננעמען די דיבורים. אז מען רעדט פון צדיקים, מען רעדט התחזקות, מען ווייזט די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט צו אידישע קינדער, דער אייבערשטער ווארט מען זאל זיך צוריקקערן צו אים, נישט קיין חילוק ווי ווייט דער מענטש זאל זיין איינגעזינקען אין טומאה קען ער זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - די דיבורים איז נתקבל על הלב, מען רעדט פאזיטיוו, מען ווייזט די רחמנות פונעם אייבערשטן - דאס האבן מענטשן ליב צו הערן.


***


וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


אויף אייער פראגע וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור; דאס וואס מיר האבן פריער גערעדט - דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן ציען זיך צום הייליגן רבינ'ס ווערטער, דער רבי געבט חיזוק, דער רבי לאזט נישט פאלן, די חיזוק וואס מען באקומט ביים רבי'ן - געפונט מען נישט ערגעץ אנדערש, דער רבי לאזט זיך אראפ צו די נידריגסטע מענטש און ווייזט א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


וויסן זאלט איר, מענטשן זענען היינט זייער צעבראכן, מענטשן זענען זייער דורשטעריג פאר חיזוק, אידישע קינדער בענקען זיך זייער צום אייבערשטן, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) מיט א שטארקע בענקשאפט וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען; פון די אנדערע זייט זענען די נסיונות היינט זייער שטארק, מענטשן פאלן זייער גרינג אראפ און דאס צעברעכט זייער שטארק, מען שפירט אז מען איז שוין פארפאלן; ביז מען הערט דעם קול פון רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; נישטא קיין ייאוש! יעדער איינער קען ווערן א גרויסער צדיק, דארפסט נאר שרייען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דיר מוחל זיין און דיך מקרב זיין צו אים.


דאס איז דער ענטפער פארוואס ברסלב ציט אזויפיל מענטשן, ווייל עס איז נישטא קיין מענטש, קיין משפחה - וואס דארף נישט קיין חיזוק.


***


חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה פון דעם געבענטשטן טויש, וואס האט פאסירט?


אויף אייער פראגע פארוואס חסידות ברסלב ווערט היינט אזוי צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; איך ווייס נישט וואס איז געווען פופציג יאר צוריק, איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס איז געווען פופציג יאר צוריק; עס איז נישט געווען קיין מנין אידן וואס האבן געוויסט ווי אזוי מען זאגט ארויס דאס ווארט "ב-ר-ס-ל-ב", דורך הפצה האט מוהרא"ש אריינגעברענגט דעם הייליגן רבי'ן אין די גאנצע וועלט, נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט וויסן פון רבי'ן און נישט נעמען חיזוק פון רבי'ן; אפילו די מתנגדים לעבן אויך פון רבי'ן, זיי ווייסן נישט; זיי מיינען אז זיי האבן חיזוק פון דעם און יענעם, זיי ווייסן נישט אז דער בעל דרשן פון וועם זיי נעמען חיזוק - ער נעמט חיזוק פון רבי'ן.


*


מיר שטייען שוין נענטער צו ווערן אויסגעלייזט. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (פעלת הצדיק, סימן תתלו הערה צ) מען האט געפרעגט רבי נפתלי ער זאל ארויסגעבן עפעס סודות פון מגילת סתרים, זאכן וואס דער רבי האט פאראויסגעזאגט וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, האט רבי נפתלי געזאגט מיט א שמייכל: "ווען די וועלט וועט אננעמען דעם לקוטי מוהר"ן קען מען זיך רעכטן אויף משיח"; דאס זעט מען היינטיגע טעג, ווי עס גייט אריין דעם רבינ'ס זאך אין די וועלט מער און מער, עס ווערן מקורב פון אלע שיכטן און פון אלע קרייזן, און וויפיל מען זעט און וויפיל מענטשן שטעלן זיך ארויס - איז דאס נאך גארנישט וויפיל לעבן פון רבי'ן; אלע האבן חיות פון רבי'ן.


די אדמורי"ם ווייסן נישט אז אלע זענען שטילערהייט ברסלב'ער חסידים, באלד וועט די פייגל געבן א פייף און אלע וועלן פליען מיט'ן פייגל קיין אומאן. אזוי האט דער רבי דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תרג) עס איז דא א פייגל וואס לייגט זייער אסאך אייער, די פייגל לייגט אזויפיל אייער אז עס איז נישט מעגליך פאר די פייגל צו זיצן אויף די אייער און געבוירן פייגלעך, האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אינעם פייגל א טבע אז זי שווינדלט אריין אייער אין אנדערע נעסטן. די פייגל פון די אנדערע נעסטן כאפן נישט, זיי ווייסן נישט פון דעם שפיל, זיי מיינען אז דאס זענען זייערע אייער, די פייגל פון די אנדערע נעסטן זיצן אויף די אייער ביז עס ווערן געבוירן פייגלעך, אזוי טוט די פייגל מיט אסאך נעסטן, אלע פייגלעך מיינען אז די אייער זענען זייערע אייער, ביז די פייגל, די עכטע מאמע - געבט א פייף, און ווען די אלע געבוירענע פייגלעך הערן די פייף הייבן זיך אלע אויף פון זייער נעסט און פליען מיט די עכטע מאמע.


רבי נתן ענדיגט דעם שיחה: "וְהַנִּמְשָׁל מוּבָן מְעַט לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ אֵיזֶה רֶמֶז מֵעִנְיַן גְּדֻלַּת עֵסֶק הַנְהָגַת שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם הָעוֹלָם", די נמשל פארשטייען שוין די וואס ווייסן ווי אזוי דער רבי מאכט מיט זיינע מקורבים, מען מיינט זיי באלאנגען צו אנדערע חסידות'ן, צו דעם רבי'ן, צו דעם מפורסם וכו' וכו', אבער באמת זענען זיי דעם רבינ'ס אייער, באלד וועט דער רבי געבן א פייף און אלע וועלן קומען קיין אומאן, איבערלאזן זייערע נעסטן און קומען צום הייליגן רבי'ן.


איך האף אז איר וועט זיין צופרידן מיט די תשובות און עס וועט ארויסקומען א תועלת פון דעם.


***


איך וויל אייך בעטן איין קליינע בקשה, היות איר געבט ארויס א ספר, איר נעמט צוזאם פון אלע תלמידי היכל הקודש און פון אלע וואס פאררופן זיך תלמידי היכל הקודש, זאלט איר אריינדרוקן די פאר שירות:


טייערע ליבע תלמידי היכל הקודש, דער רבי האט שוין געזאגט מיט הונדערטער יארן צוריק (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך גרופעס גרופעס; דאס מיינט עס וועט זיין אסאך כיתות אין ברסלב, יעדער איינער וועט גיין דארט וואו זיין הארץ ציט אים, דארט וואו ער קען שעפן חיות אין עבודת השם; דעריבער זעען מיר וויפיל כתות עס איז דא אין ברסלב בכלל און יעצט אין היכל הקודש בפרט, אבער מיר מוזן זיך קענען ליידן איינער דעם צווייטן, מען טאר זיך נישט פיינט האבן.


איך בעט אייך, הערט אויף זיך פיינט האבן, לאזט אפ די פיינטשאפט איינער צום צווייטן. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנצע לעבן עס זאל זיין שלום צווישן אונז, לאמיר זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. איר געדענקט דאך אלע אין אומאן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשות, איך קען נישט פארגעסן די מראה נורא וואס איך האב געזען ביי מוהרא"ש; איך האב זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה צוזאמען מיט מוהרא"ש צען יאר, פון שנת תשס"ו - וואס איז געווען מיין ערשטע ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן. איך האב נישט זוכה געווען צו הערן קיין לאנגע תקיעת שופר דרשה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, די לעצטע צען יאר האט מוהרא"ש נישט געגעבן קיין דרשה פאר שופר בלאזן, חוץ צוויי מאל האט מוהרא"ש גערעדט פאר בלויז צוויי מינוט, אבער מיט אזא געוויין... ווען איך דערמאן זיך נאר פון דעם וויין איך.


מוהרא"ש האט געוויינט און געזאגט: "איך האב נישט קיין כח צו רעדן, אבער איין זאך וויל איך אייך בעטן, ווער עס האט א שנאה אויף א צווייטן איד דא אין בית המדרש בעט איך אים ער זאל ארויסגיין פון בית המדרש" - מוהרא"ש האט געוויינט, קוים וואס ער האט געקענט רעדן, ער האט געבעטן פון זיין ריינע הארץ: "איך וויל האבן ריינע ד' אמות אן קיין מחלוקת, אן קיין שנאה איינער אויפ'ן צווייטן", יעדער וואס האט זיך געפונען אין שול האט תשובה געטון און זיך איבערגעבעטן איינער מיט'ן צווייטן. מען האט געזען וואס מוהרא"ש וויל באמת, ווי עס גייט אים אין לעבן מען זאל זיך נישט קריגן, אזוי ווי ער שרייבט אין די לעצטע בריוו וואס ער האט געשריבן אין שפיטאל אפאר שעה פאר'ן הסתלקות, פאר די אינגעלייט: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".


דאס זעלבע בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים ותלמידות, איך וויל ווייזן פאר מוהרא"ש: "רְאֵה בָּנַי שֶׁגִּדַּלְתִּי", קוק ווי מיר האבן א ריינע ד' אמות, מיר קריגן זיך נישט; מען זוכט נאר דאס גוטס איינער אויפ'ן צווייטן.


א פרייליכן יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#10 - פארוואס האט מוהרא"ש גערעדט קעגן זיינע חולקים?
חסידות ברסלב, מחלוקת, קשיות, תשובה, עבירות, התנגדות, זיכוי הרבים, לשון הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר זיך אין גן עדן מיט די ליכטיגע עצות וואס דער ראש ישיבה לערנט מיט מיר, איך דאנק דעם אייבערשטן וואס האט מיר געברענגט צום ראש ישיבה, און איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל קיינמאל נישט נתרחק ווערן.


איך האב א שאלה; עס שטערט מיר זייער ווען איך הער דרשות ווי מוהרא"ש רעדט אויף זיינע חולקים, וואס אלע קענען זיי פאר ערליכע אידן און איך קען זיי אויך אביסל, איך קען נישט הערן ווי מען איז זיי מבטל, מען מאכט פון אים פאר א גארנישט.


דער אמת איז אז אויפ'ן רבי'ן האט מיר אויך אייביג געשטערט די קשיא, ווי קען זיין עס שטייט אזוי אויף זיין חולק, וואס ביי אנדערע צדיקים איז ער קודש קדשים.


איך בין דאך געקומען צום רבי'ן אויף צו זיין אן ערליכער איד, נישט אויף צו חולק זיין אויף צדיקים, פארוואס זאל איך נישט האלטן אז אלע זענען הייליג?


איך בעט כסדר דעם אייבערשטן איך זאל נישט האבן קיין שום קשיות אויף די צדיקים וואס ברענגען מיר צוריק צו אים. איך בעט דעם ראש ישיבה זאל מיר באלייכטן די אויגן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר א', שושן פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס באדערט דיר אויך אויף די אלע מענטשן וואס מען וואלט זיי געקענט ראטעווען מיט די זיסע עצות און חיזוק פון מוהרא"ש, און יעצט ווען זיי האבן געהערט לשון הרע פון די בעלי לשון הרע זענען זיי אינגאנצן פארפאלן – דאס טוט דיר אויך וויי? נאך א מזל מוהרא"ש האט גערעדט קעגן זיי, ווען נישט וואלט איך נישט געבליבן ביי מוהרא"ש.


ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש - זענען צו מיר געקומען מיינע חברים, זיי האבן מיר געזאגט: "וויסן זאלסטו אז מוהרא"ש איז נישט עכט ברסלב, די זקנים האבן געזאגט אז דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך"; מיר איז דאס געווען זייער שווער צו הערן, פון איין זייט האב איך שוין זוכה געווען צו טרעפן די גאלדענע בארג מיט'ן פערלנעם שלאס, נאכן אזוי לאנג זוכן האב איך ענדליך געפונען את שאהבה נפשי, עס האט זיך מיר געעפנט די אויגן, איך האב אנגעהויבן שפירן דעם אייבערשטן, אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, אנגעהויבן זיך פרייען מיט מצוות, און דא פון די אנדערע זייט רעדן מיינע חברים בשם די ברסלב'ער זקנים אז דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך.


עס איז מיר געווארן אין מיין קאפ א וועלט מלחמה. איך בין ווייטער געקומען צו די שיעורים פון מוהרא"ש, און מוהרא"ש ברוח קודשו האט דאס געזען, האט ער אנגעהויבן רעדן פון די עבירה פון לשון הרע, אז די אלע וואס רעדן קעגן די ספרים און קונטרסים זענען גרויסע בעלי עבירה, אנדערש וואלטן זיי נישט גערעדט; אן ערליכער איד רעדט נישט אויף ספרים און קונטריסם וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז:): "כל אדם שיש לו עזות פנים מותר לשנאותו", אז דו זעסט אן עזות פנים - מעגסטו אים פיינט האבן, "מותר לקרותו רשע", מען מעג אים רופן רשע, און דאס איז א סימן אז ער איז א נואף; עס האט נישט צוטון ווער דער מענטש איז, ווער עס פארשעמט ערליכע אידן, ער איז מבזה ספרים און קונטרסים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן - זאל ער זיין ווער ער איז, איז ער א שליח פונעם שטן.


דו שרייבסט אז דו ביסט זיך מחי' מיט די שיעורים און די בריוו; דאס איז אלעס נאר בזכות מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. איך בין גארנישט, וואס איך זאג - איז פון מוהרא"ש, און נאר בזכות דעם וואס מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן ביי די שיעורים, מגלה זיין די אלע וואס רעדן קעגן ספרים און קונטרסים וואס זענען מגלה מציאות השם - ווער זיי זענען, נאר בזכות דעם האב איך געהאט די כח צו פארבלייבן דא, און איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל קיינמאל נישט אוועקגיין פון דעם הייליגן פלאץ, איך זאל שטענדיג געדענקען וואס דער צדיק געבט מיר.


דאס וואס דו שרייבסט אז עס שטערט דיר אויך פארוואס דער רבי האט גערעדט וכו'; טו תשובה, וועסטו נישט האבן די חוצפה צו האבן קשיות אויף צדיקים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו): "דְּזֶה הוּא כְּלָל גָּדוֹל", דאס איז א גרויסע כלל, "שֶׁאִי אֶפְשָׁר לְשׁוּם אָדָם לְהַשִּׂיג וְלִתְפֹּס בְּדִבּוּרוֹ שֶׁל הַצַּדִּיק", מען קען נישט פארשטיין די ווערטער פונעם צדיק, "אִם לֹא שֶׁתִּקֵּן תְּחִלָּה אוֹת בְּרִית קֹדֶשׁ כָּרָאוּי", אויב מען האט נאכנישט מתקן געווען אות ברית קודש, "וַאֲזַי יָכוֹל לְהָבִין וְלִתְפֹּס דִּבּוּרוֹ שֶׁל הַצַּדִּיק", נאר נאכן מתקן זיין אות ברית קודש - קען מען פארשטיין די ווערטער פונעם צדיק. ווייל דער הייליגער זוהר זאגט "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", ווען א מענטש איז פוגם ביסוד גייט די פגם ביזן מח, "שֶׁהֵם בְּחִינַת חָכְמָה וּבִינָה, שֶׁהֵם י"ה, שֶׁהֵם מֹחִין, נִמְצָא כְּשֶׁתִּקֵּן אוֹת בְּרִית קֹדֶשׁ כָּרָאוּי אֲזַי הַמֹּחִין שֶׁלּוֹ בִּשְׁלֵמוּת, וְיָכוֹל לְהָבִין דִּבּוּרוֹ שֶׁל הַצַּדִּיק כְּפִי הַתִּקּוּן שֶׁל כָּל אֶחָד, כָּךְ הוּא הַשָּׂגָתוֹ", לויט וויפיל מען פאררעכט, מען טוט תשובה - נאר אזוי קען מען האבן אן השגה אינעם צדיק.


אז דו שרייבסט מיט חוצפה פארוואס דער רבי האט גערעדט אזוי וכו' - איז דא איין ענטפער: גיי וויין צום אייבערשטן, פאררעכט כאטשיג איין פגם, איין עבירה, כל שכן ווען מיר זענען איבער די אויערן מיט עבירות.

#9 - וואו איז די חז"ל אז א בת קול האט געזאגט אויף דוד המלך "ער רופט מיר טאטע"?
מחלוקת, תפילה והתבודדות, אשר בנחל, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה פון די שיינע שיעורים, יישר כח


איך האב געהערט ביי א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אין די סוכה, איבער דעם וואס מוהרא"ש זי"ע ברענגט אין אשר בנחל א מדרש אויפ'ן פסוק "הוא יקראינו אבי אתה", אז די סנהדרין האבן געוואלט אויסשליסן דוד המלך פון כלל ישראל, און ס'איז ארויסגעקומען א בת קול פון אונטער זייערע בענקעלעך "ער רופט מיר טאטע - הוא יקראינו אבי אתה".


איך האב געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר צוצוכיינען וואו מוהרא"ש זי"ע שרייבט דאס אין אשר בנחל, ווייל דאס ווארט איז א מורא'דיגע זיסע ווארט, און איך האב פרובירט צו זוכן דעם מאמר חז"ל, און דערווייל האב איך עס נאכנישט געקענט טרעפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו דערמאנסט מיר מיינע ערשטע יארן, תחילת התקרבותי אין היכל הקודש, ווען איך האב געהערט די ווערטער פון מוהרא"ש. דאס האט אזוי געשטארקט מיין התבודדות, עס האט מיר געגעבן אזויפיל כח צו פרובירן רעדן צום אייבערשטן און זאגן נאר די איינע ווארט: "טאטע, טאטע!"


ווי הויך און חשוב איז אין הימל ווען מען זאגט צום אייבערשטן: "טאטע!" דער מענטש וואס איז זיך מתבודד, ער רעדט צום אייבערשטן, ער בעט דעם אייבערשטן וואס ער דארף אזוי ווי א קינד רעדט צו זיין טאטע - שטייט העכער פון אלעמען, העכער פון די סנהדרין וואס זיי זענען די העכסטע, ער איז העכער פון זיי, ווייל (תהלים פט, כז): "הוּא יִקְרָאֵנִי אָבִי".


קוק אריין אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק ח, מכתב תתקכ), איינער פרעגט מוהרא"ש די שאלה: "חִפַּשְׂתִּי בְּכָל הַמִּדְרָשִׁים, וְלֹא מָצָאתִי אֶת הַמִּדְרָשׁ הַנּוֹרָא שֶׁמּוּבָא כִּמְעַט בְּכָל סֵפֶר שֶׁנִּדְפַּס מִמּוֹהֲרֹא"שׁ שְׁלִיטָ"א - עַל הַפָּסוּק בִּתְהִלִּים: 'הוּא יִקְרָאֵנִי אָבִי'", איך האב געזוכט אין אלע מדרשים די וואונדערליכע מדרש וואס מוהרא"ש ברענגט שטענדיג אויפ'ן פסוק 'הוא יקראנו אבי', אז ווען די סנהדרין האבן געוואלט דן זיין דוד המלך, מען האט אים געוואלט פסל'ן פון זיין א איד - איז ארויס א בת קול פון אונטער זייער בענקל און געזאגט, איר זענט אים דן? ער רופט מיר טאטע! דער פרעגער פרעגט: "יָגַעְתִּי וְלֹא מָצָאתִי", איך האב געזוכט און נישט געטראפן, "אֶהְיֶה אָסִיר תּוֹדָה, אִם הַצַּדִּיק יַחֲזִיר לִי תְּשׁוּבָה - הֵיכָן נִמְצָא הַמַּאֲמָר הַזֶּה", איך וועל זיך זייער פרייען אויב מוהרא"ש וועט מיר ענטפערן וואו דאס שטייט.


און מוהרא"ש ענטפערט אים, עס איז א מדרש אין אוצר המדרשים, אז דוד המלך איז געראטעוועט געווארן דורך דעם וואס עס איז ארויס א בת קול און געזאגט פאר די סנהדרין: "איר ווילט זאגן אויף דוד המלך ער איז נישט קיין איד? ער רופט מיר טאטע!" און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן.


אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (יבמות עו:) אז דואג האדומי האט געזאגט פאר שאול המלך, איידער דער קעניג אינטערעסירט זיך אויף דוד אויב ער איז פאסיג צו זיין א קעניג, זאל מען ערשט מברר זיין אויב ער איז בכלל ראוי צו זיין א חלק פון כלל ישראל, ווייל ער שטאמט פון רות המואביה. דואג האדומי איז געווען פון די בית דין פון שאול המלך, ער האט געוואלט פסל'ן דוד המלך לבוא בקהל וכו', און אזוי אויך אחיתופל, אבער ביים סוף זענען זיי געשטארבן מיט א מיתה משונה.


מוהרא"ש פירט אויס: "וואויל איז דער וואס געבט אכטונג נישט וויי צו טון א צווייטן איד, ער טשעפעט נישט קיינעם; ווייל דער וואס רודפ'ט א צווייטן וועט ביים סוף שטארבן מיט א מיתה משונה, ער ווערט פארשעמט ווערן פאר אלעמען, אזוי ווי דואג און אחיתופל".


מוהרא"ש ענדיגט דעם בריוו: "אַשְׁרֵי הָאָדָם שֶׁזּוֹכֶה תָּמִיד לְהִתְחַבֵּא אֵצֶל הַקָּדוֹשׁ־בָּרוּךְ־הוּא", וואויל איז דעם מענטש וואס באהאלט זיך ביים אייבערשטן, "שֶׁאָז הַקָּדוֹשׁ־בָּרוּךְ־הוּא בְּעַצְמוֹ יִשְׁמֹר עָלָיו, וְיַפִּיל אֶת שׂוֹנְאָיו לְפָנָיו", וועט אים דער אייבערשטער אליינס אפהיטן פון אלעם שלעכטס און זיינע פיינט וועלן האבן א מפלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - אז איך פאר אויף אומאן, וועט דאך יעדער וויסן איך בין א ברסבל'ער?
אומאן, חסידות ברסלב, מחלוקת, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געלערנט אין אשר בנחל (חלק מ"ט, מכתב ח'תתקצ"ד) שרייבט דארט מוהרא"ש זי"ע, "והעולה על הכל זכור מאמרם ז"ל אין לך יפה מן הצניעות, שתסתיר את כל התקרבותך מבני אדם, כדי שלא תתעורר עליך איזו מחלוקת חס ושלום", אז מ'זאל באהאלטן פון מענטשן אז מ'איז מקורב צום הייליגן רבי'ן; האב איך געוואלט פרעגן, אויב באהאלט איך מיין התקרבות פון מענטשן, ווי אזוי וועל איך קענען פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, אויב פאר איך קיין אומאן אויף ראש השנה, וועט שוין יעדער וויסן אז איך בין א ברסלב'ער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין סתירה; מען קען פארן צום רבי'ן קיין אומאן אן קיין רעש, אן קיין פרסום, אן דעם וואס מען זאל זיך רייצן מיט אנדערע וכו'. אז מען רייצט זיך נישט א גאנץ יאר מיט קיינעם, מען דינט דעם אייבערשטן בהצנע לכת, קיינער חלום'ט ניטאמאל אז מען לעבט מיט'ן רבי'ן - קען מען פארן קיין אומאן אן דעם וואס מען זאל וויסן דערפון.


אויב וועט איינער זאגן אז ער לעבט א גאנץ יאר בהצנע לכת און עס איז אים נאכאלץ נישט שייך צו באהאלטן דאס פארן קיין אומאן - אזא איינער זאל פארן אפילו עס וועט ווערן וואס וועט ווערן. דאס וואס מוהרא"ש זאגט (אשר בנחל חלק מט, מכתב ח' תתקצד): "והעולה על הכל, זכר מאמרם ז"ל, 'אין לך יפה מן הצניעות', שתסתיר את כל התקרבותך מבני אדם כדי שלא תתעורר עליך איזו מחלקת חס ושלום", דער עיקר זאלסטו באהאלטן פון מענטשן דיין התקרבות כדי עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת; אויף דיר מיינט נישט מוהרא"ש מען זאל נישט קומען קיין אומאן, ווייל ווען עס קומט צו פארן צום הייליגן רבי'ן איז נישטא קיין שום זאך וואס זאל זיין א מניעה.


דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה, שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה, לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז, אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס קומט צו מיר אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר".


העיקר זאלסטו נישט טענה'ען מיט קיינעם; פרוביר ווי מער אויסצומיידן מחלוקת און קריגערייען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - וואס טו איך אז מ'וויל מיר אוועקשלעפן פון הייליגן רבי'ן?
התחזקות, חסידות ברסלב, מחלוקת, התנגדות, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קען נישט גענוג דאנקען דעם אייבערשטן אז איך בין געוואויר געווארן פון הייליגן רבי'ן און זיינע עצות, דורך די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, און דאס האט מיר ממש געראטעוועט דאס לעבן, דאס האט מיר געגעבן אזויפיל גוטס אין לעבן ברוחניות ובגשמיות, עס האט מיר ממש אויפגעראכטן.


איך בין א בחור און איך בין אויפגעוואקסן ביי מיין חסידות, און לעצטנס האט דער רבי פון מיין חסידות מיר אריינגערופן און מיר זייער אנגעשריגן פארוואס איך דריי זיך אין ברסלב, ער זאגט מיר, "איך בין נישט מסכים בשום אופן דו זאלסט אהינגיין, דו דארפסט אפמאכן אויב דו ביסט מיינער אדער גייסטו אהין, קען זיין איין טאג וועסטו זיך נאך אויפהויבן און פארן קיין אומאן, איך האב דיר זייער ליב, איך בין אבער בשום אופן נישט מסכים זאלסט גיין צו אנדערע פלעצער, מיין טאטע האט נישט אריינגעלאזט אין זיין בית המדרש קיין ברסלב'ע ספרים, ער האט געזאגט אז דאס מאכט משוגע די יונגט, דו מעגסט צומאל אריינבליקן אין ברסלב'ע ספרים, אבער דו טארסט זיך מער נישט דרייען צווישן די ברסלב'ע".


אין אנהויב בין איך געווארן אביסל צעמישט, אבער גלייך ווען איך בין ארויס האב איך זיך אנגעהויבן אויסרעדן צום אייבערשטן, איך האב געזאגט פאר'ן אייבערשטן, דו ווייסט דאך דעם אמת ווי אזוי איך האב אויסגעזען איידער איך בין אנגעקומען קיין ברסלב, און איך זאג דיר צו, רבונו של עולם, אז איך וועל קיינמאל נישט אפלאזן דעם רבי'ן וואס האט מיר געגעבן לעבן, וואס האט מיר געגעבן א וועג צו ווערן אן אמת'דיגער ערליכער איד. און דאן האב איך אנגעהויבן אויסרעכענען פאר'ן אייבערשטן אלע מתנות וואס איך האב באקומען ביים רבי'ן, איך האב אנגעהויבן לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, איך האב אנגעהויבן שפירן א נאנטקייט צום אייבערשטן און רעדן צו אים, איך בין דאך געליגן אין אזויפיל טיפע שלעכטע זאכן און נאר דער רבי האט מיר געקענט ארויסשלעפן פון דארט, נאר די שיעורים פון ראש ישיבה העלפט מיר איך זאל זיך קענען היטן די אויגן, די דרשות האקן מיר אין קאפ און לאזן מיר נישט קיין מנוחה, עס קומט מיר כסדר אריין אין קאפ וואס דער ראש ישיבה חזר'ט כסדר אז די עבירות וועלן מיר נאר מאכן מער דעפרעסט, אויב וויל איך זיין א פרייליכער מענטש דארף איך זיך פירן ערליך.


איך האב געזאגט פאר'ן אייבערשטן אז איך בין נישט געקומען אויף דער וועלט צו טאנצן אויף פארענטשעס, איך בין געקומען דא צו לערנען און דאווענען און צו דינען דעם אייבערשטן, און אויב האב איך געטראפן א רבי וואס ברענגט מיר צו דעם ציל, וועל איך אים קיינמאל נישט אפלאזן, נישט קיין חילוק וואסערע פרייז איך וועל דארפן צאלן אויף דעם.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין און מיר ווייזן דעם וועג ווי אזוי צו גיין פון דא און ווייטער.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ליינענדיג דיין בריוו, ווי דו שרייבסט אז דו האסט געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "איך בין נישט באשאפן געווארן צו שטיין אויף פארענטשעס וכו'", - האב איך זיך דערמאנט פון רבי נתן זכרונו לברכה, ווי ער איז אריינגעקראכן אין א ליידיגע שול און געוויינט צום אייבערשטן די ווערטער: "רבונו של עולם, איך בין באשאפן געווארן צו קויפן בייגל?!"


דער הייליגער רבי נתן, איידער ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן האט ער געשפירט ווי עס פעלט אים א טעם אין לעבן, ער האט זיך געדריידט ביי גרויסע צדיקים, ער איז געווען ביי גרויסע קדושים, דאך האט ער געשפירט ווי ער קען נישט מער אנגיין. איינמאל מוצאי שבת איז ער געווען אויפ'ן וועג צו קויפן בייגל פאר א חבורה פאר מלוה מלכה, אזוי גייענדיג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט אנגעהויבן טראכטן: 'וואס? פארוואס בין איך באשאפן געווארן? וואס טו איך דא?! איך דריי זיך ארום אויף די וועלט אן קיין טעם אין לעבן!' ער איז אריין אין א ליידיגע שול, ער האט גענומען א תהילים און געוויינט, ער האט אזוי געוויינט ביז ער איז איינגעשלאפן, אין שלאף האט ער זיך גע'חלומ'ט ווי ער וויל ארויפקריכן א לייטער און ער האלט אין איין צוריק פאלן, און איינער שטייט אויבן ביים לייטער און זאגט אים: "דראפע זיך און דערהאלט זיך; געב נישט אויף!" דאס איז געווען דער רבי, שפעטער ווען ער האט געזען דעם ערשטן מאל דעם רבי'ן - האט ער זיך דערמאנט דעם חלום.


דו שרייבסט אז דער אדמו"ר פון די חסידות וואו דו ביסט אויפגעוואקסן - האט דיר אנגעשריגן פאר'ן האבן שייכות מיט ברסלב'ע חסידים, ער האט דיר געווארנט אז דו זאלסט מער נישט גיין צו ברסלב'ע חבורות, ער זאגט אז ברסלב מאכט משוגע די יוגנט וכו' וכו'; דו שרייבסט אז די ערשטע רגע ביסטו געווארן צעמישט, אבער נאכדעם ביסטו געגאנגען זיך מתבודד זיין.


וואס זאל איך דיר זאגן, דו דערמאנסט מיר מיין התקרבות צום רבי'ן. ווען איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן האב איך געהאט אזעלכע גרויסע מניעות! מענטשן האבן גערעדט צו מיר טאג און נאכט קעגן ברסלב; גרויסע מענטשן, חשוב'ע מענטשן, מענטשן וואס לערנען טאג און נאכט, נישט סתם רבי'ס מיט קאלירטע בעקיטשעס, מענטשן וואס זענען באמת דבוק צו די תורה, מענטשן וואס זענען דבוק צום אייבערשטן; זיי האבן גערעדט צו מיר אסאך לשון הרע קעגן רבי'ן און קעגן תלמידים פון רבי'ן. מען האט חוזק געמאכט, מען האט מיר געברענגט אלע סארט ראיות.


וואס האב איך געטון? צוויי זאכן. איינס, איך האב קיינמאל נישט געענטפערט, איך האב נישט גע'טענה'ט מיט קיינעם, דאס איז די ערשטע וויכטיגע זאך. צווייטנס, איך בין גלייך געגאנגען אין א זייט, איך האב געוויינט און געזאגט: "רבונו של עולם, דו ווייסט דאך יא דעם אמת, דו ווייסט וואס איך וויל; איך וויל דאך נאר זיין א איד, איך וויל דאך נאר אביסל קרבת אלוקים, איך וויל דאך נאר א וועג ווי צו קענען לעבן מיט דיר"; איך פלעג אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן וואס איך האב באקומען פון רבי'ן, ביז עס איז נאר שטערקער געווארן וואס איך האב צו טון אויף למעשה, אז איך גיי נישט אוועק פון אזא רבי.


איך האב אפגעשריבן א גאנצע ספר פון וואס איך בין אריבער ביים אנפאנג פון מיין התקרבות, אז דו וועסט דאס ליינען וועסטו וויינען. איך קען דאס נישט דרוקן מכמה טעמים, איך האב דאס געגעבן צו ליינען פאר אפאר חברים, אלע האבן געוויינט, עס איז זיי גערינען טרערן ליינענדיג וואס איך האב מיט געמאכט אין אנהייב; ווילסט וויסן דער סוד וואס האט מיר דערהאלטן? איך האב אלץ געמאכט א חשבון פאר מיר, 'וואס באקום איך אין ברסלב? וואס באקום איך אין אן אנדערע פלאץ?' איך האב נישט געוואלט יענער זאל מאכן מיינע חשבונות, א צווייטער קען נישט מאכן קיין חשבון פאר מיר, דער צווייטער קען מיר נאר פון אינדרויסן, יענער ווייסט דאך נישט ווער איך בין; מיינע מחשבות, מיינע דיבורים און מיינע מעשים וכו' וכו'; איך האב אלץ געמאכט א חשבון און געזען אז דער סך הכל קומט אויס אז דער רבי ברענגט מיר נענטער און נענטער צו די תורה.


דאס זאלסטו טון, יעדעס מאל מען רעדט צו דיר קעגן רבי'ן, מען רעדט צו דיר אויף די פלאץ וואס ברענגט דיר נאנט צום אייבערשטן, זאלסטו גיין אין א זייט און וויינען: "רבונו של עולם, וואס וויל איך? פארוואס מאכט מען מיר אוועק? פארוואס טאר איך נישט גיין צו ברסלב'ע חברים? פארוואס טאר איך נישט גיין צום רבינ'ס ציון?!" טו וואס דער שני למלכות האט געטון ווען די ווילדע מענטשן האבן אים געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה א): "מען האט דיר א נארישקייט איינגערעדט", ער האט אזויפיל געזוכט די גאלדענע בארג מיט די שלאס פון פערל, האט ער געוויינט, ער האט געזאגט: "עס איז בודאי יא דא, עס מוז זיך יא געפונען", ביז ער האט איר געטראפן און איר ארויסגענומען. און אז מען קוקט גוט אין די מעשה זעט מען אז די אלע וואס האבן געלאכט - זיי האבן אים ביים סוף געהאלפן, דער ערשטער ווילדער מענטש האט געלאכט, אבער ער האט אים געגעבן די אדרעסס פון זיין ברודער; דער צווייטער האט געלאכט און אים אוועק געמאכט, אבער ער האט אים געגעבן די אדרעסס פון זיין דריטער ברודער - דער וואס איז ממונה איבער די ווינטן; דער דריטער ברודער האט אים גאר שטארק אוועק געמאכט, אבער ביים סוף האט ער גערופן די ווינט און די ווינט האט אים אהין געטראגן, און ער האט אים געגעבן א מתנה א כלי וואס ער זאל קענען אלץ האבן געלט, וואס דורך דעם האט ער געקענט אריינגיין אין שטאט און טרעפן די בת מלך.


קריג זיך נישט מיט קיינעם, בפרט מיט רבי'ס; ווען זיי זאגן דיר זאלסט אוועק גיין פון רבי'ן - זאלסטו נישט טענה'ן, גיי ווייטער דיין וועג, לערן דיינע שיעורים און זיי זיך מתבודד, וועט דיר גוט זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - פארוואס האט דער אייבערשטער געברענגט אזא אומגליק אין ל"ג בעומר?
אחדות, מחלוקת, אמונה, קשיות, מירון, אמונת חכמים, ל"ג בעומר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען אין מירון ל"ג בעומר ביינאכט, בשעת עס האט פאסירט די שרעקליכע טראגעדיע, און איך בין נישט ביי מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון, די שרעקליכע פאסירונג וואס האט פאסירט דעם ל"ג בעומר אין מירון האט מיר זייער צומישט.


איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, ווי קען זיין אין אזא הייליגע טאג, אין אזא הייליגע פלאץ, זאל פאסירן אזא אומגליק?! דאס ווייזט אז רבי שמעון בר יוחאי וויל נישט מיר זאלן קומען צו אים? איז ל"ג בעומר נישט קיין טאג פון רחמים? דער אייבערשטער וויל אונז נישט? אפשר קען מיר דער ראש ישיבה אויסקלארן וואס גייט דא פאר, איך האב נישט קיין מנוחה, איך קען נישט ווייטער אנגיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר אלע זענען זייער צעבראכן פון די שרעקליכע פאסירונג, מען זעט קלאר אז דאס איז א גזירה מן השמים, אזוינס האט נאכנישט פאסירט, דאס איז קלאר א גזירה פון הימל. אבער חס ושלום זאגן אז רבי שמעון בר יוחאי וויל נישט מען זאל קומען, חס ושלום זאגן אז ל"ג בעומר איז א טאג פארקערט פון חסד ורחמים.


וואס ווייסן מיר וואס רבי שמעון בר יוחאי ראטעוועט אלע אידן פון ביטערע גזירות.


ל"ג בעומר איז זייער א גרויסע טאג, ל"ג בעומר איז א טאג פון ישועות ביי כלל ישראל; הונדערטער יארן וואס אידן קומען קיין מירון ל"ג בעומר זיך פרייען מיט די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. עד היום, ביזן היינטיגן טאג ווערן אידן געהאלפן ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען נישט דרכי המקום ברוך הוא. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", דאס איז די שיינקייט פונעם באשעפער, אז עס איז דא קשיות אויף אים, מען פארשטייט נישט וואס ער טוט, "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ", חס ושלום אויב וואלטן מיר פארשטאנען אלע זיינע וועגן, וואלט דאס געזאגט אז דער אייבערשטער איז כדעתנו, קומט אויס, אז אדרבה, די קשיות ווייזט אז מיר ווייסן גארנישט. דער רבי האט אויסגעפירט - וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין קשיות אויף די אמונה, ער גלייבט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט, בחסד וברחמים; וואויל איז דעם וואס חזר'ט שטענדיג דעם פסוק (תהלים קמה, יז): "צַדִּיק ה' בְּכָל דְּרָכָיו", דער אייבערשטער איז גערעכט מיט אלע זיינע וועגן, "וְחָסִיד בְּכָל מַעֲשָׂיו", און טוט נאר גוטס מיט אלע זיינע מעשים.


קלאפ דיין מויל, מען טאר נישט זאגן די ווערטער: "דער אייבערשטער וויל אונז נישט"; דער אייבערשטער וויל אונז יא! דער אייבערשטער בארומט זיך מיט אונז, אזוי ווי דער פסוק זאגט (שמואל-ב ז, כג): "וּמִי כְעַמְּךָ כְּיִשְׂרָאֵל גּוֹי אֶחָד בָּאָרֶץ", ווער און וואו איז נאך דא אזא פאלק ווי אידישע קינדער; ווער עס איז זוכה צו זיין אין מירון – זעט דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער, די חסד וואס טוט זיך אפ צווישן אידישע קינדער, וואו מען גייט טיילט מען עסן און טרונקען, די גאנצע בארג מירון איז איין שטיק חסד.


די קדושת המקום אין די לעצטיגע יארן – איז מורא'דיג, די לעצטע יארן איז דא א מורא'דיגע ריינקייט; עס איז דא א ספעציעלע וועג מען זאל זיך קענען היטן די אויגן. צענדליגער טויזנטער אידן, ערליכע אידן, קומען זיך צוזאמען אן קיין תערובות, אן קיין איין שלעכטע קוק רחמנא לצלן, מען קומט זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים קבר התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, נאכדעם טאנצט מען אינאיינעם; ווי קען מען טראכטן חס וחלילה אז רבי שמעון בר יוחאי וויל נישט מען זאל קומען?! צדיקים האבן געזאגט אז ל"ג בעומר אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי איז דא צוויי בחינות, אין די מערה שפירט זיך ווי יום כיפורים, און אין חצר שפירט זיך ווי שמחת תורה.


די ביטערע טראגעדיע איז א זאך וואס מיר קענען נישט פארשטיין, דאס איז א גזירה מן השמים. איין זאך וואס מיר דארפן ארויסנעמען ווען עס פאסירט אזא שרעקליכע זאך (איכה ג, מ): "נַחְפְּשָׂה דְרָכֵינוּ וְנַחְקֹרָה וְנָשׁוּבָה עַד ה'"; מיר דארפן תשובה טון, מיר דארפן זיך בארעכענען אויף אונזערע מעשים, מיר דארפן אכטונג געבן נישט צו צעקוועטשן א צווייטן איד, נישט צעדריקן א צווייטן. עס איז שוין געקומען די צייט אפצולאזן מחלוקת; אז א צווייטער האלט אנדערש – קומט נאכנישט מען זאל אים צעקוועטשן, אז א צווייטער גייט צו א צווייטער רבי – קומט נאכנישט מען זאל אים צעטרעטן.


עס איז וויכטיג אז ווען מען קומט צו רבי שמעון בר יוחאי זאל מען לעבן אזוי ווי רבי שמעון בר יוחאי וויל מיר זאלן לעבן. רבי שמעון בר יוחאי זאגט (זוהר הקדוש, פרשת נשא קכח.): "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַּלְיָא", אונזער גרויסקייט איז, ווייל מיר לעבן מיט ליבשאפט, מיר האבן זיך ליב; אז מען קומט צו רבי שמעון בר יוחאי דארף מען אנהייבן לעבן מיט ליבשאפט, ליב האבן א איד פון אן אנדערע גזע – אזוי ווי פון די אייגענע גזע.


אז מען קומט ל"ג בעומר, מען זינגט: "אמר רבי עקיבא, אשריכם ישראל"; מען זינגט נישט "אשרינו" – וואויל איז אונז, נאר מען זינגט: "אשריכם ישראל" – וואויל איז פאר אידן; דארף מען דאס ארייננעמען אין זיך און געדענקען א גאנץ יאר: "אשריכם ישראל" – וואויל איז פאר אלע אידן!


ווען מען איז מקבל גוטע קבלות – דארף דאס זיין מתוך שמחה, עס טאר נישט קומען פון עצבות ומרה שחורה. אויב עס קומט פון עצבות – וועט עס נישט אנהאלטן, גוטע קבלות וואס קומט פון שמחה – דאס האט א קיום. דעריבער דארף מען זיך זייער היטן אין די טעג, ווען מען רעדט אזויפיל פון די שלעכטע נייעס, אז מען זאל נישט אריינפאלן אין עצבות.


מען מוז זיך האלטן אין די אמונה, געדענקען (רש"י במדבר יט, ב): "גזירה היא מלפני, ואין לך רשות להרהר אחריה"; נאר אזוי וועלן די גוטע קבלות האבן א קיום.


עס איז זיכער אז רבי שמעון בר יוחאי האט דא אראפגענומען גרויסע ביטערע גזירות פון גאנץ כלל ישראל.

#5 - ווער איז דער ריכטיגער רבי פון וועמען איך קען מקבל זיין?
מחלוקת, ספרי ברסלב, מורה דרך, צדיקים, מנהיגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב פשוט נישט קיין ווערטער צו באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט מיר געגעבן לעבן, איידער איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים איז מיין לעבן געווען זייער ביטער, און דורך די שיעורים האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט, איך האב אנגעהויבן זען די זיסקייט פון הייליגן באשעפער, און זיין גרויס רחמנות.


א שטיק צייט צוריק בין איך דורך גאר א שווערע איבערלעבעניש, דעמאלט האט מיר איינער געגעבן א נומער פון א חשובן רב, א תלמיד פון מוהרא"ש זי"ע, און יענער האט מיר גאר שטארק מחזק געווען. און זייט דעמאלט האלט איך אן קשר מיט אים, און ער ענטפערט מיר אויף מיינע שאלות.


דאס מאכט מיר אבער זייער צעמישט, איך שפיר ממש וואס דער הייליגער רבי זאגט אז ווען מ'האט צוויי רבי'ס שאדט דאס פאר אמונת הייחוד, ס'איז מיר שווער מסביר צו זיין, אבער ס'איז א שווערע זאך פאר מיר, אבער פון די אנדערע זייט מאכט מיר דאס פיל גרינגער ווייל איך קען אים קלינגען סיי ווען און ער ענטפערט מיר גלייך, ווידער ביים ראש ישיבה שליט"א דארף איך שרייבן א בריוו וואס איז מיר נישט אזוי גרינג, און ס'קען נעמען אסאך צייט ביז איך באקום דעם ענטפער.


אויך שטערט מיר דאס וואס ער האלט זיך נישט אינגאנצן בשלום מיט אנדערע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע, הלואי זאל זיין א פולע אחדות אין היכל הקודש.


איך שפיר זיך נישט באקוועם צו פרעגן די שאלה, אבער תורה היא וללמוד אני צריך, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט עס אנקוקן מיט א גוט אויג, און מיר ענטפערן וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר האבן אלע איין רבי, דער הייליגער רבי איז אונזער רבי ביז משיח וועט קומען, דער רבי וועט ענדיגן אלע תיקונים און אונז אלע מתקן זיין; מיר דארפן זיך האלטן אינאיינעם, נישט מאכן קיין מחלוקות.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין בליקן אין די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן, מוהרא"ש שרייבט די סימנים פון וואס מען זאל זיך היטן; דער סימן פון א פאלשער מנהג און דער סימן פון אן אמת'ער מנהיג.


איך ברענג דיר אראפ דעם לשון פון די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות טו):


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר דַארְפְט גוּט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דֶער עִיקָר אִיז צוּ הָאבְּן 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' צוּ גְלֵייבְּן אִין דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים. דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א', סִימָן ס"א) אַז וֶוען מֶען הָאט 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' דַאן וֵוייסְט מֶען וָואס מֶען דַארְף צוּ טוּן, מֶען וֵוייסְט וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן אִין 'אֱמוּנַת חֲכָמִים', צוּ גְלֵייבְּן אַלֶעס וָואס דֶער רֶבִּי זָאגְט אוּנְז, אוּן מְקַיֵים זַיין אִין פָאלְגְן אַלֶעס וָואס עֶר הֵייסְט. דָאס אִיז דֶער שְׁלֵימוּת פוּן 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן קכ"ג).


וֶוען אִיר וֶועט הָאבְּן אֱמֶת'דִיג 'אֱמוּנַת חֲכָמִים', אִיר וֶועט גְלֵייבְּן אִין רֶבִּי'ן אוּן פָאלְגְן זַיינֶע וֶוערְטֶער, דַאן וֶועט אִיר זִיךְ קֶענֶען אַן עֵצָה גֶעבְּן אִין יֶעדְן מַצָב, אִיר וֶועט שְׁטֶענְדִיג וִויסְן וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן אוֹיף דִי רִיכְטִיגֶע וֶועג.


גֶעדֶענְקְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי אִיז אוּנְזֶער רֶבִּי אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן פוּן פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס אֲפִילוּ זִיךְ אַלֵיין קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן, אוּן זִיכֶער קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן אַנְדֶערֶע. סְפֶּעצִיעֶל אִינֶעם לֶעצְטְן דוֹר, הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע אוּנְז מְגַלֶה גֶעוֶוען אַז עֶס וֶועט דַאן זַיין זֵייעֶר אַסַאךְ פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אַזוֹי סַאךְ וִוי דִי בְּלֶעטֶער פוּן בּוֹים, דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין שׁוּם שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אֲפִילוּ מִיט דִי פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס דְרֵייעֶן זִיךְ אוֹיךְ בַּיי אוּנְז צְוִוישְׁן אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ.


וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב', סִימָן ע"ב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק.


אִינֶעם הַיינְטִיגְן דוֹר אִיז דֶער רֶבִּי אַלֵיין דֶער אֱמֶת'עֶר צַדִיק. עֶר וֶועט עֶנְדִיגְן אַלֶע תִּקּוּנִים אוּן פַארְרֶעכְטְן דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ הַאלְטְן בַּיים רֶבִּי'ן, אִיר זָאלְט פָארְן יֶעדֶעס יָאר רֹאשׁ הַשָׁנָה קַיין אוּמַאן אוּן זִיךְ הַאלְטְן אִינְאֵיינֶעם מִיט אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ. אִיר זָאלְט זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַחְלוֹקֶת, אוּן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פָּאלִיטִיק. דֶער רֶבִּי אִיז דֶער אָרוֹן וָואס דָארְט לִיגְט דִי לוּחוֹת, אוּן בַּיי דִי אָרוֹן הָאט דֶער אָרוֹן אַלֵיין גֶעטְרָאגְן דִי מֶענְטְשְׁן וֶועלְכֶע הָאבְּן אִיר גֶעטְרָאגְן, קֵיינֶער דַארְף נִישְׁט הֶעלְפְן דֶעם רֶבִּי'ן, דֶער רֶבִּי טוּט אַלֶעס אַלֵיין.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר גֵיין צוּם רֶבִּי'נְס צִיוּן רֹאשׁ הַשָׁנָה צוּ מְקַיֵים זַיין וָואס דֶער רֶבִּי הָאט גֶעהֵייסְן אַז מֶען זָאל קוּמֶען צוּ אִים, אָבֶּער אִיר זָאלְט נִישְׁט פְּרוּבִּירְן צוּ זַיין דָארְט אַ פִירֶער, אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט מִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פַּארְטֵייעֶן, אִין קַיין שׁוּם גְרוּפֶּעס, נָאר אִיר זָאלְט זִיךְ הַאלְטְן מִיטְ'ן רֶבִּי'נְס סְפָרִים, אַזוֹי וִוי דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א', סִימָן קצ"ב) אַז דִי פָּנִים, שֵׂכֶל אוּן נְשָׁמָה פוּנֶעם צַדִיק לִיגְט אִין זַיינֶע הֵיילִיגֶע סְפָרִים, מְמֵילָא וֶוען מֶען וִויל זַיין אֱמֶת'דִיג מְקוּרָב צוּם רֶבִּי'ן אִיז דָאס נָאר וֶוען מֶען לֶערְנְט זַיינֶע סְפָרִים, אוּן דַאן וֶועט אִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק מַצְלִיחַ זַיין.


אוֹיבּ וֶועט אִיר מְקַיֵים זַיין דָאס אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן, וֶועט אַייךְ זַיין גוּט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט אוֹיף אֵייבִּיג". עד כאן.


דעריבער אז דער רב איז דיר מחזק אויף עבודת השם, דו שפירסט ווי דו ווערסט נענטער צום אייבערשטן, דו באקומסט א חשק צו לערנען און דאווענען - זאלסטו ווייטער נעמען ביי אים חיזוק, אבער אויב דער רבי איז נאר פארנומען רעדן אויף אנדערע - זאלסטו אפלאזן, ווייל מחלוקת איז זייער געפארפול, דאס ווארפט אראפ דעם מענטש פון אלע מדריגות.


בעיקר זאלסטו זיך פלייסן אין רבינ'ס ספרים; דעם רבינ'ס ספרים זענען א אורים ותומים, עס ענטפערט אלעס, ער קלארט אויס אלעס; מען גייט ארויס פון אלע ספיקות, מען באקומט א קלארע מח, א שטארקע אמונה; מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען שפירט זיך ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט דארף מען שוין קיינעם נישט; וואס מען גייט אריבער, וואס עס שטערט - רעדט מען זיך אויס צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווי אזוי קען איך אויפווייזן פאר מענטשן אז מ'דארף זיך יא שערן?
חסידות ברסלב, מחלוקת, שערן די האר, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב עטליכע אין מיין משפחה וואס זייערע פרויען שערן זיך נישט, און זיי ברענגען כל מיני ראיות אז מ'דארף זיך נישט שערן, און זיי פרובירן אויך נאכצושלעפן אנדערע מיט זייערע שיטות.


עס זעט מיר אויס אז אויב וועל איך זיי ברענגען מראי מקומות איבער דעם חומר האיסור פון זוהר הקדוש וכו', וועלן זיי פאלגן. דעריבער בעט איך דעם ראש ישיבה שליט"א אויב ס'איז מעגליך מיר צו שיקן ווי אמשנעלסטן מראי מקומות איבער דעם.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט קלוגער פון שלמה המלך; שלמה המלך איז געווען דער חכם מכל אדם און ער זאגט אז עס א שאד צו רעדן מיט לצים, א שאד צו זאגן מוסר פאר מענטשן וואס ווילן נישט אנעמען וואס צדיקים זאגן.


אזוי זאגט שלמה המלך (משלי טו, יב): "לֹא יֶאֱהַב לֵץ, הוֹכֵחַ לוֹ", דער וואס שפעט אפ האט נישט ליב ווען מען מוסר'ט אים, מען ווייזט אים ווי אזוי זיך צו פירן, "אֶל חֲכָמִים, לֹא יֵלֵךְ", דעריבער גייט ער נישט צו קלוגע מענטשן, ער וויל נישט הערן וואס זיי וועלן אים זאגן, נאך זאגט שלמה המלך (יג א): "וְלֵץ, לֹא שָׁמַע גְּעָרָה", דער וואס שפעט אפ האט נישט צו געהערט קיין מוסר, ער הערט נישט צו וואס די צדיקים זאגן.


עס איז נישט כדאי זיך צו טענה'ן מיט מענטשן; אויב דו ווילסט זיי העלפן זאלסטו זיי מקרב זיין באופן כללי צום הייליגן רבי'ן. זאג זיי פון די שיינע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן. געב זיי צו הערן דיבורים וואס מען רעדט אין היכל הקודש, די זיסע וואסער, מים חיים וואס קוועלט פונעם נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה - וועלן זיי שוין וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


רבי נתן פלעגט שטענדיג אנזאגן זיינע תלמידים זיי זאלן אכטונג געבן פון לצים; ער פלעגט זאגן: "די אלע וואס האבן גערעדט, האבן זיך נישט דערהאלטן", די וואס האבן גע'טענה'ט און זיך מתווכח געווען, זענען נאכדעם אוועק געפאלן.

#3 - מיינע עלטערן קריגן זיך, וואס דארף איך טון צו דעם?
כיבוד אב ואם, מחלוקת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די פריערדיגע בריוו, איבער אויב מ'מעג האבן אין קאפ ווי כאילו א בילד פונעם אייבערשטן כביכול. דער פאקט אז דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך געשעצט מיר שרייבן א בריוו, האט מיר געגעבן זייער א גוטע געפיל, און איך פרוביר זיך מחזק צו זיין אין דעם בעזר השם.


יעצט וויל איך פרעגן איבער א זאך וואס טוט מיר שטארק וויי. איך בין געווען אויף יום טוב ביי מיינע עלטערן, און זיי קריגן זיך אסאך ארום. איך בין נישט זיכער אויב דאס איז א נייע זאך, אדער ביז יעצט האב איך עס פשוט נישט באמערקט, אבער זייט מיין חתונה קען איך עס ממש נישט דערליידן. איז דא עפעס וואס איך קען אדער איך דארף טון וועגן דעם? אויסער פארשטייט זיך צו בעטן דעם אייבערשטן.


א יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קדושים, א' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עז): "כָּל הָעוֹלָם מָלֵא מַחֲלוֹקוֹת", די גאנצע וועלט קריגט זיך; "הֵן בֵּין אֻמּוֹת הָעוֹלָם", אלע פעלקער קריגן זיך איינער מיטן צווייטן, "וְכֵן בְּכָל עִיר וָעִיר", אין יעדע שטאט איז דא מחלוקות, "וְכֵן בְּכָל בַּיִת וּבַיִת", און אין יעדע שטוב איז דא מחלוקות, "בֵּין הַשְּׁכֵנִים", מיט די שכנים, "וּבֵין כָּל אֶחָד עִם אִשְׁתּוֹ וּבְנֵי בֵיתוֹ וּמְשָׁרְתָיו וּבָנָיו", און מיט די הויז געזונד, מיט די ווייב און קינדער וכו' וכו', "וְאֵין מִי שֶׁיָּשִׂים עַל לִבּוֹ הַתַּכְלִית שֶׁבְּכָל יוֹם וָיוֹם הָאָדָם מֵת", און קיינער טראכט נישט פון תכלית, מען כאפט נישט אז יעדן טאג שטארבט מען, "כִּי הַיּוֹם שֶׁעָבַר לא יִהְיֶה עוֹד", ווייל דער היינטיגער טאג וועט מער נישט זיין, קומט אויס, "וּבְכָל יוֹם הוּא מִתְקָרֵב לַמִּיתָה", אז יעדן טאג ווערט מען נענטער צום שטארבן, איז דאך א שאד אז דאס ביסל וואס מען לעבט זאל זיין אנגעפולט מיט מחלוקות.


דעריבער זאלסטו שטיין ווייט פון מחלוקות, בפרט ווען עס רעדט זיך פון דיינע עלטערן; שטיי אין דער זייט און נעם נישט קיין שום צד אין די מחלוקות פון דיינע עלטערן. ווען דיין טאטע רעדט צו דיר אויף די מאמע זאלסטו אים אויסהערן און ווען דיין מאמע רעדט זיך אויס אויף דיין טאטע זאלסטו איר אויסהערן, אבער חס ושלום נישט טראגן אדער ברענגען לשון הרע פון איינעם אויפן אנדערן. דו זאלסט זיין דער איש השלום, דו זאלסט זיי נאר ברענגען נחת - פאר ביידע פון זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.

#2 - זאל איך לאזן מיינע קינדער גיין צו מיין געוועזענער מאן?
שלום בית, חינוך הילדים, מחלוקת, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


צום ערשט דארף איך זיך באדאנקען פאר אייערע געוואלדיגע שיעורים, כאטש וואס די שיעורים ווערן געגעבן פאר מענער, האב איך אבער אויך פון דעם פיל חיזוק, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער די כוחות אנצוגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


איך גיי יעצט אריבער שווערע צייטן אין לעבן, איך בין א גרושה מיט עטליכע ליכטיגע קינדערלעך קע"ה, זייער טאטע, מיין געוועזענער מאן, פלעגט מיר שלעפן צו נישט גוטע פלעצער, און יעצט זענען מיר שוין גע'גט.


מיין שאלה איז וועגן די קינדער, ביים גט האט מען אפגעמאכט צייטן ווען די קינדער וועלן גיין צו אים, ער זאגט אז ער רעדט צו די קינדער און איז זיי מחנך אויפ'ן געהעריגן וועג אזוי ווי ער איז מחונך געווארן, למעשה איז מיר דאס אבער זייער שווער, קודם איז דאס פשוט שווער פאר מיר יעדעס מאל דאס אויסשטעלן ווי אזוי די קינדער זאלן גיין און קומען, למעשה באקומען זיי נישט צופיל יראת שמים פון זיין ביי אים, אבער למעשה באקומען זיי ליבשאפט פון זייער טאטע וואס דאס איז יא גוט פאר זיי.


איז מיין שאלה אויב איך זאל ווייטער אנהאלטן דאס שיקן די קינדער צו אים אזוי ווי מ'האט אפגעשמועסט, אדער זאל איך אפהיטן די קינדער און זיי האלטן נאר ביי מיר?


איך בין זייער צומישט און איך ווייס נישט וואס איז ריכטיג צו טון, איך האף אז איר וועט מיר קענען קלאר שטעלן וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב איר ווילט זוכה זיין צו ערליכע און געזונטע קינדער דארפט איר אכטונג געבן זיך נישט צו קריגן מיט דער טאטע פון אייערע קינדער (אייער געוועזענער מאן).


קינדער דארפן האבן זייער טאטע פונקט ווי זיי דארפן זייער מאמע; אויב מען האלט אפ קינדער פון גיין צו זייער טאטע אדער מאמע וועלן די קינדער אויפוואקסן פעלערדיג. אזוי אויך טארן די קינדער נישט הערן ווי מען רעדט איינער אויפן צווייטן, ווען קינדער זעען ווי די עלטערן קריגן זיך ווערן זיי זייער דערשראקן און פארמאכט, דאס ברענגט זיי זאלן אויפוואקסן נישט זיכערע קינדער לא עלינו.


איר זאלט ווייטער שיקן אייערע קינדער צו זייער טאטע אזוי ווי מען האט אפגעמאכט ביים גט, אזוי וועלן זיי אויפוואקסן געזונט.


איר זאלט קיינמאל נישט אוועק מאכן ווען זיי דערציילן פון זייער טאטע; אויב איר הערט צוריק פון אייערע קינדער זאכן וואס דער טאטע טוט מיט זיי/רעדט מיט זיי/פירט זיך מיט זיי וכו' וואס איר האלט אנדערש, זאלט איר זיין זייער פארזיכטיג ווי אזוי איר זאגט זיי אייער מיינונג, כדי איר זאלט נישט מאכן דעם רושם ווי איר רייסט אונטער זייער טאטע. די בעסטע זאך וואלט געווען איר זאלט רעדן מיט אים (ווי אזוי עס איז אייך באקוועם - דירעקט מיט אים אדער דורך א פארמיטלער) און זיך דורך קומען מיט אים, אבער נישט אריין נעמען די קינדער אין ויכוחים.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זוכה זיין אויפצוציען אייערע קינדער מיט יראת שמים, און נאך אלע עצות דארף מען געדענקען אז דער עיקר עצה אויף גוטע קינדער איז "תפילה".


מוהרא"ש האט דערציילט אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט זיך יעדן טאג אויסוויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער". דערפאר זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער און קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט.


אז איר וועט אכטונג געבן עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת און איר וועט זוכן עס זאל זיין שלום, דורכדעם וועט איר ראטעווען אייערע קינדער פון אלעם שלעכטס, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן עב): "עַל יְדֵי רְדִיפַת שָׁלוֹם מַצִּיל אֶת בָּנָיו מִמִּיתָה וּמִגָּלוּת", דורך שלום ווערן די קינדער געראטעוועט פון מיתה און פון גלות; ווייל אז עלטערן קריגן זיך אנטלויפן די קינדער פון שטוב, זיי טרעפן שלעכטע חברים, ביז זיי נעמען דראגס רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - ווי אזוי ווייס איך ווער ס'איז דער אמת'ער צדיק?
יבנאל, חינוך הילדים, מחלוקת, צדיקים, מוהרא"ש, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


יישר כח פאר די ענטפער וואס איר האט מיר געגעבן, איך בין אבער נאכאלץ זייער צומישט אין דעם ענין פון אמונת חכמים ווי ווייט דאס גייט, דארף איך טאקע אינגאנצן אויפהערן צו טראכטן מיט מיין אייגן שכל און זיך אינגאנצן אוועקגעבן פאר א צדיק, איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט ווי אזוי מ'טוט דאס.


איך בין מקורב צו מוהרא"ש ז"ל, איך וואוין אין יבנאל, און איך פרובירט מחנך צו זיין מיינע קינדער אויף דעם וועג, אבער אין דעם ענין פון אמונת חכמים בין איך נישט קלאר, יעדער שרייט אז א צווייטער איז דער צדיק, ווי אזוי קען איך וויסן וועמען איך דארף נאכגיין, ווי אזוי קען מען זיך אוועקגעבן דעם שכל און פאלגן נאר איין צדיק?


יעדער שרייט דאך אז א צווייטער איז דער צדיק, ווי אזוי ווייס איך וועמען צו טראסטן, ווי אזוי ווייס איך צו וועמען איך דארף האבן אמונת חכמים, און ווי אזוי בין איך מחנך די קינדער נישט צו ווערן אריינגעמישט אין מחלוקת חס ושלום?


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה - זכור, ח' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי ווייסט מען וועם צו טראסטן וכו'; אויף דעם דארף מען אסאך וויינען און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט לאזן אפנארן פונעם יצר הרע, ווייל דער יצר הרע פרובירט מיט אלע וועגן אוועקצושלעפן דעם מענטש פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער ר' נתן האט געזאגט: "ווען איך ווייס שוין אלע עצות און אלע תחבולות ווי אזוי ניצול צו ווערן פונעם יצר הרע, קומט דער יצר הרע מיט א פרישע וועג וואס איך האב נישט געטראכט אז דאס וועט קומען וכו'"; דערפאר דארף א מענטש שטענדיג בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל זיך נישט לאזן נארן.


היינט איז ליידער א וועלט מיט גרויסע שקרנים און פאפערס וואס זוכן צו פארנארן מענטשן און ארויס קוועטשן פון זיי געלט און געניסן פון זייער כבוד וכו'. מען רעדט אויף א הויכע שפראך און מען באנוצט זיך מיט לשונות פון קבלה וואס דער צוהערער האט נישט קיין אנונג וואס ער זאגט און דער וואס זאגט דאס ווייסט נאכמער נישט וואס ער זאגט און עולם גולם לויפט דאס נאך וכו'.


א מענטש דארף זיך שטענדיג מאכן א חשבון הנפש, מען דארף זיך כסדר פרעגן מיטן לשון פון ספורי מעשיות (מעשה א' מאבדת בת מלך): "וואו בין איך אויף דער וועלט?" "וואס טו איך אויף דער וועלט?" האב איך היינט געעפענט א חומש? האב איך היינט געלערנט אפאר פרקים משניות? האב איך היינט געזאגט אביסל תהילים? דאס דארף א מענטש זען אריינצוכאפן יעדן טאג, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג אפאר פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים, און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים".


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלֹּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין חזר'ן דער שיחה און מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט אז דער שיחה דארף זיין דער קאמפוס פונעם מענטש; פונקט אזוי ווי ווען א מענטש פארט אין א שיף אויפן וואסער האלט ער מיט זיך די גאנצע צייט א קאמפוס, כדי ער זאל וויסן צי ער פארט אינעם גוטן ריכטונג, ווייל ווען מען איז אויפן וואסער זעט מען נישט דעם סוף און עס קען אמאל אויסקומען אז מען זאל פארן א לאנגע צייט אין וואסער און באמת איז מען אויפן זעלבן פלאץ, מען האט זיך גארנישט גערוקט נאר מען איז געפארן די גאנצע צייט רינגס און ארום, אבער אז מען קוקט אויפן קאמפוס וואס איר מאגנעט ציט צו צפון זעט ער וואו ער פארט. דאס זעלבע דארף א מענטש לעבן מיט א חשבון הנפש; א מענטש דארף זיך משפט'ן יעדן טאג און אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך?" "רבונו של עולם, איך וויל גארנישט, איך וויל נאר טון דיין רצון".


אזוי אויך דארף א מענטש שטענדיג קוקן אויף זיך; אזוי ווי מען זעט אז בגשמיות לאזט זיך א מענטש נישט נארן, א מענטש טוט וואס איז גוט פאר אים. ער קוקט ווי אזוי ער קען מצליח זיין און ווי ער קען עפעס פארדינען, דאס זעלבע - און נאך מער - דארף א מענטש קוקן ברוחניות: 'וואו קען איך פארדינען?' 'וואו קען איך מצליח זיין?' א מענטש וואס לעבט מיט א חשבון מאכט זיך א פשוט'ער חשבון: 'איך גיי צו א רבי, וואס געבט מיר דער רבי? וואס באקום איך פון דעם רבי'ן? אויב באקום איך נישט קיין תורה ותפילה, וואס האב איך אז דער רבי פליט אין הימל? וואס האב איך אז דער רבי האט רוח הקודש? וואס האב איך אז דער רבי רעדט א הויכע שפראך, ער רעדט צו נשמות?!' און פארקערט אויך, א מענטש דארף זיין זייער שטארק ביי זיך און טראכטן: 'אויב איך דריי זיך ביי אן ערליכער איד און ער ברענגט מיר צו די הייליגע תורה, ער ברענגט מיר צו צו לעבן מיטן אייבערשטן, קען מיר קיינער נישט אוועק נעמען פון אזא פלאץ, אז איך האב געטראפן א רבי וואס קלעבט מיר צו צום אייבערשטן וועל איך דעם רבי'ן קיינמאל נישט אפלאזן'.


מענטשן פרעגן א קשיא: "וואו איז דער אמת? ווער כאפט אן דעם אמת? יעדער איינער שרייט דאך מיר האבן דעם אמת?!" פרעג א ברסלב'ער חסיד: "וואו איז דער אמת? וועט ער דיר גלייך זאגן: "ביי אונז!" פרעג א חב"ד'סקער חסיד: "וואו איז דער אמת?" וועט ער אודאי ענטפערן: "ביי אונז"; זיצט א ראש ישיבה מיט זיינע תלמידים און קאכן זיך און לויבן זיך: "אה, מיר זענען ביים אמת", ווען אין די זעלבע צייט איז דא א חבורה אין די אנדערע עק וועלט וואס פרייען זיך: "מיר זענען ביים אמת"; נו, פרעג איך אייך: "וואו איז דער אמת? ווי אזוי ווייסט א מענטש אז ער איז ביים אמת? אזוי זיכער ווי דו ביסט אז דו ביסט ביים אמת און דו האסט רחמנות אויף יענעם אז ער ווייסט נישט פון דיין אמת, פונקט אזוי זיכער איז יענער אז ער איז ביים אמת און דו ביסט ביים שקר, נו וואו איז טאקע דער אמת?!"


פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגן, אז דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נא): אמת איז נאר דער אייבערשטער, אזוי ווי עס שטייט א פסוק (ירמיהו י, י): "וַה' אֱלֹקִים אֱמֶת", דער אייבערשטער איז אמת; אויב דו דרייסט זיך ביי א רבי, רב, גוטער איד, וכו' וכו' און ער רעדט צו דיר פונעם אייבערשטן, ער ברענגט אריין אין דיר אמונה און דו הייבסט אן לעבן מיטן אייבערשטן, דו הייבסט אן רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף דיר פארציילסטו פארן אייבערשטן, ווען זאכן גייען נישט אזוי ווי דו ווילסט לעבסטו ווייטער מיט אמונה אין בורא כל עולמים - דאס איז אמת, אבער אויב מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן איז דאס נישט אמת. און אויב אין די זעלבע צייט וואס דו דרייסט זיך ביי א פלאץ וואו מען רעדט פון אמונה און אין די זעלבע צייט איז דא נאך א פלאץ אין דער וועלט וואו מען רעדט פונעם אייבערשטן זענען זיי אויך ביים אמת, און אויב ביי א דריטע פלאץ רעדט מען אויך פונעם אייבערשטער איז שוין דא דריי פלעצער אויף דער וועלט וואס זענען ביים אמת.


נאך פלעגט מוהרא"ש זאגן: "וואס איז אמת?" אֶמֶת איז די ווערטער: "אֶ'הְיֶה מֶ'ת" - איך גיי זיין א נפטר; איך גיי איין טאג ליגן מיט די פוס צום טיר. קיינער וועט דעמאלט נישט קוקן אויף מיר און קיינער וועט נישט טראכטן מער פון מיר; איך גיי ארויף גיין צום אייבערשטן און נאר די גוטע זאכן וואס איך האב אריינגעכאפט וועל איך מיטנעמען אויף יענער וועלט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג מעורר זיין די תלמידים מען זאל גיין מפעם לפעם אין שפיטאל באזוכן חולי ישראל – ה' ירחם עליהם. קודם כל אלץ די מצוה פון ביקור חולים וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מ.): "ווער עס איז נישט מבקר חולים איז כאילו שופך דמים"; נאך זאגן חז"ל (נדרים לט:) "כָּל הַמְבַקֵּר אֶת הַחוֹלֶה נִיצוֹל מְדִינָה שֶׁל גֵיהִנָם", ווער עס איז מבקר חולים ווערט ניצול פון גיהנום; צווייטנס - פלעגט מוהרא"ש זאגן - ווען א מענטש גייט אין שפיטאל מבקר חולה זיין אידישע קינדער, זעט ער וואס דער גאנצע מענטשעלע איז... דער גרויסער שטארקער מענטש וואס קומט און גייט און מאכט און טוט, אין איין סקונדע קען ער ווערן אויס מאכער, אויס טוער און אויס קנאקער וכו' וכו', איז פארוואס זאל מען זיך קריגן און זיך פיינט האבן איינער דעם צווייטן?


אז איר שרייבט אז איר זענט "מקורב צו מוהרא"ש ז"ל"; דארפט איר וויסן אז היכל הקודש איז א פלאץ פון תורה, תפילה און שלום בית. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר אריינגערופן ביי זיך אין שטוב אין אומאן א טאג פאר ערב ראש השנה תשע"ג און געלערנט מיט מיר תורה ב' אינעם צווייטן חלק וואו דער רבי זאגט: "וְהָאֱמֶת מֵאִיר בְּרִבּוּעַ הַדִּבּוּר הַנַּ"ל עַל יְדֵי שְׁלשָׁה שֵׁמוֹת הַנַּ"ל, שֶׁהֵם: אֵל, אֱלֹהִים, יְיָ; שֶׁהֵם בְּחִינַת: תְּפִילָּה, וְתוֹרָה, וְשִׁדּוּכִים וְזִוּוּגִים". און מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "דער רבי זאגט דא: וואס איז אמת? אמת איז די דריי זאכן: תורה, תפילה, שידוכים און שלום בית; כל זמן מען רעדט פון תורה תפילה און שלום בית איז עס אמת, אבער אז מען רעדט אנדערע זאכן - דאס איז שוין נישט קיין אמת"; און מוהרא"ש האט מיר געזאגט אז ווען איך רעד זאל איך שטענדיג רעדן פון די דריי זאכן.


דאס האבן מיר געהערט אלע יארן ביי מוהרא"ש נאכאמאל און נאכאמאל: "תורה, תפילה און שידוכים – שלום בית"; איך האב זוכה געווען צו זיין ביי די ליל שישי שיעורים פון מוהרא"ש יעדע וואך פאר איבער צען יאר, יעדע וואך פלעגט מוהרא"ש איבערגיין נאכאמאל און נאכאמאל אז מען דארף לערנען די הייליגע תורה, מיר האבן דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן קענען מיר דאס באווייזן. און אז א מענטש זאל זיך נאר ווענדן צום אייבערשטער ווען ער האט א צרה; עס איז נישט געווען קיין איין שיעור וואס מוהרא"ש ז"ל זאל נישט רעדן פון רעדן צום אייבערשטן.


איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט וועגן אוועק ווארפן די שכל; דער רבי זאגט בפירוש (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנה): "כְּשֶׁהָאָדָם הוּא מַאֲמִין בְּהַצַּדִּיק בְּלִי שׁוּם דַּעַת אֶפְשָׁר לוֹ לִפֹּל מֵהָאֱמוּנָה, כִּי מֵאֱמוּנָה לְבַד אֶפְשָׁר לִפֹּל, אֲבָל אִם יֵשׁ לוֹ גַּם דַּעַת שֶׁמֵּבִין גַּם בְּהַדַּעַת, אֲזַי אִי אֶפְשָׁר לוֹ לִפֹּל", ווען א מענטש גלייבט אין א צדיק אן קיין שום שכל קען ער אוועק פאלן פונעם צדיק, ווייל מיט אמונה אליינס אן שכל, קען מען אוועקפאלן, אבער אויב מען קומט צום צדיק מיט דעת, בנוסף צו די אמונה נוצט ער אויך זיין שכל, פון אזא אמונה קען מען נישט אוועק פאלן; דאס איז וואס מוהרא"ש האט אונז אלע יארן געלערנט: 'איך קום צו א צדיק ווייל דער צדיק ברענגט מיר צום אייבערשטן, ער איז מיר מחזק מיין אמונה, ער שטארקט מיר איך זאל זיך צוגעוואוינען רעדן צום אייבערשטן'.


בנוגע קינדער; אויב עלטערן מישן זיך אין מחלוקת וועלן זיי צאלן א טייערע פרייז מיט זייערע קינדער. מחלוקת איז א סכנה און עס הרג'עט גוטע און שלעכטע. די ערשטע וואס פאלן ביי מחלוקת זענען קינדער; עלטערן וואס ווילן מצליח זיין מיט זייערע קינדער טארן נישט רעדן אין שטוב קיין שום ליצנות און פאליטיק אויף קיין שום איד, נישט קיין חילוק צי ער איז פון דיין חסידות צו פון די אנדערע, קינדער זענען ריין און הייליג און אויב הערן זיי ווי דער טאטע און מאמע זיצן און שמועסן און לאכן פון איין רבי אויפן צווייטן וועלן זיי מאכן א סך הכל אז ביידע זענען גארנישט און זיי קינדער וועלן אינגאנצן אפלאזן אידישקייט.


עס איז געווען א צייט וואס ביי אונז אין שול אין היכל הקודש אין וויליאמסבורג איז געווען חלוקי דיעות צווישן די מתפללים, עס האט געריסן דאס הארץ פון מוהרא"ש אז מען קריגט זיך. געדענק איך אז מען איז אריין צו מוהרא"ש פרעגן וואס מען זאל טון וכו', דער וואס האט פארגעלערנט האט געפרעגט פון וואס זאל ער רעדן, האט מוהרא"ש געענטפערט: "עס איז דאך דא זאכן וואס ביידע זענט איר איינשטומיג; אלע פון אייך האלטן אז מען דארף בענטשן מיט כוונה, אלע האלטן אז מען דארף זיין פרייליך שבת, נו, רעדט פון זאכן וואס ביידע האלטן אייניג". רעדט פון בענטשן אין א בענטשער; מוהרא"ש האט געזאגט אויב מען בענטשט אין א בענטשער איז דאס א סגולה אויף עשירות. רעדט פון זיין פרייליך שבת; אויב מען איז פרייליך שבת איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות. פארוואס דארף מען זיך קריגן ווען עס איז דא אזויפיל זאכן וואס אלע האלטן אייניג?


דאס זעלבע איז מיט קינדער; אז די קינדער פרעגן שאלות וכו', רעדט מען נאר פאזעטיוו (חיובי), מען רעדט פון רבי'ן; רעדטס פון מוהרא"ש, פארציילט זיי אביסל וואס מיר האבן געהאט אין אונזער דור; פארציילט זיי וואס מיינט א צדיק, אז עס גייט אים גארנישט אן וואס מיט אים וועט זיין, ער וויל נאר איין זאך: 'ברענגען נאך א איד צום אייבערשטן', אזוי ווי משה רבינו וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער האט געזאגט פארן אייבערשטן (שמות לב, לב): "מְחֵנִי נָא מִסִּפְרְךָ אֲשֶׁר כָּתָבְתָּ", מעק מיר אויס, אבי אידישע קינדער זאלן נישט פארלוירן גיין. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (תנחומא ואתחנן, סימן ז): ווען משה רבינו האט געוואלט אריינגיין אין ארץ ישראל האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "אדער דו אדער די אידן", האט משה רבינו געזאגט: "יֹאבַד מֹשֶׁה וְאֶלֶף כָּמוֹהוּ, וְאַל יֹאבַד אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל"; דאס איז א צדיק, ער קוקט נישט אויף זיך; ער וויל נאר אז נאך א בחור זאל געראטעוועט ווערן פון עבירות, נאך א פאר-פאלק זאלן זיך פארשטיין, עס גייט אים נישט אן וואס מען וועט זאגן אויף אים וכו', דאס זאלט איר פארציילן פאר אייערע קינדער.


מוהרא"ש פלעגט וויינען ביי אלע שיעורים אויף די מחלוקת וואס איז דא אין ברסלב: "מיר טרינקען דאך פון איין קוואל, מיר נעמען דאך חיזוק פון איין רבי, פארוואס דארף מען זיך בייסן איינער דעם צווייטן?" מוהרא"ש פלעגט זאגן: "אין הכי נמי, דער רבי זאגט טאקע (חיי מוהר"ן, סימן שיט): 'אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת', איך וועל מאכן פון אייך אסאך גרופעס; אבער דער רבי האט נישט געזאגט אז איין גרופע זאל רעדן אויפן צווייטן און איינער זאל פיינט האבן דעם צווייטן".


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך דארף אריינגיין צו די בחורים, איך וועל מסיים זיין מיט איין קליינע זאך. מוצאי שבת נאכדעם וואס מיר האבן פארלוירן מוהרא"ש, בין איך געפארן קיין בארא פארק צום טשאפל וואו מוהרא"ש איז געלעגן איבער שבת, מען האט מלוה געווען מוהרא"ש מוצאי שבת פרשת יתרו און מען האט געטראגן די מטה קיין ארץ ישראל, דעמאלט בין איך געזיצן אינעם אמבולאנס וואו מוהרא"ש איז געלעגן און איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש צוויי זאכן: איינס, אז איך וועל נישט מאכן קיין מחלוקת צווישן תלמידי היכל הקודש און איך וועל נישט האבן קיין שום שייכות מיט מחלוקת. צווייטנס, אז איך וועל אים מפרסם זיין פאר די גאנצע וועלט; געלויבט דעם אייבערשטן אז ביידע זאכן בין איך מקיים און מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך ווייטער אנהאלטן די הבטחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.