תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין חתונה געהאט ברוך ה', איך בין זייער צופרידן ברוך ה', אבער איך פיל נישט אז מיין ווייב איז מיר א שמירה אין עניני קדושה, מיין ווייב איז זייער אן איידעלע, זי גייט אנגעטון איידל און צניעות'דיג, אין די צייט וואס אויף די גאס דרייען זיך אסאך פרויען אנגעטון נישט אזוי איידל, ווי אזוי קען מיין ווייב זיין א שמירה פאר מיר, ווען אנדערע זענען פיל מער ציענד?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
מוצאי שבת קודש פרשת בהר-בחוקותי, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
די הייליגע חכמים זאגן (יבמות סב:), אז מען האט נישט חתונה האט מען נישט קיין שמירה, מען איז הפקר, אן א חומה, און ווען מען האט חתונה האט מען א שמירה, מען קען זוכה זיין צו ריינע מוחין, צו לומד תורה בטהרה, נושא אשה ולו בנים (פסחים קיב:), אבער דאס איז נאר אויב מען היט די אויגן, נאר אז מען היט די אויגן איז די ווייב א שמירה פארן מאן.
אז דו גייסט אין גאס זאלסטו אראפקוקן, און אז עס איז שווער - זאלסטו שרייען שטילערהייט צום אייבערשטן ער זאל דיך ראטעווען, ווייל נאר אז מען היט זיך די אויגן קען מען זיין ערליך און הייליג.
דאס וואס דו מאכסט אוועק דאס איידלקייט; וואס זאל איך דיר זאגן, נישטא בעסערס ווי אן איידעלע פרוי, א באשיידענע פרוי, אלע ברכות אין שטוב קומט בזכות די צניעות פון די פרוי, מען איז זוכה צו הייליגע קינדער, אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט ווען ער איז געווען אין איסטאנבול און ער האט געזען פשוט'ע אינגעלייטלעך מיט נשמות פון תנאים און אמוראים, דער בעל שם טוב האט זיך זייער געוואונדערט, ווי קען דאס זיין, דרייען זיך ארום פשוט'ע אינגעלייט מיט אזעלכע הייליגע נשמות? האט מען אים מגלה געווען פון הימל אז דאס איז צוליב די מאמעס, די איידעלע באשיידענע מאמעס, מיט זייער גרויס צניעות האבן זיי אראפגעברענגט אזעלכע נשמות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.