שאלה אין קורצן ענין
#106 - וואס קענען מיר טון געהאלפן צו ווערן מיט קינדער?
צניעות, חיזוק פאר פרויען, קינדער, סגולות, צדקה, עירוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים וואס זענען מיר שטארק מחזק, ובפרט אין דעם ענין צו רעדן צום אייבערשטן.


איך האב ב"ה פיין חתונה געהאט שוין פאר כמעט פינף יאר, אבער דערווייל האבן מיר נאכנישט זוכה געווען צו קינדער. מיר געבן נישט אויף, מיר זענען זיך מחזק מיט אמונה און תפלה, אבער צומאל שפיר איך ווי ס'רוקט זיך א חודש נאך א חודש, א יאר נאך א יאר, און די ישועה איז נאכנישט דא. מיר וואס קען איך זיך מחזק זיין? און אפשר פעלט אויס צו טון עפעס א סגולה צו ברענגען נענטער די ישועה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בזכות וואס איר וועט זיך פירן איידל, איר וועט גיין אנגעטון צניעות'דיג  - וועט איר זוכה זיין צו די ברכה וואס חכמינו זכרונו לברכה זאגן (במדבר רבה ח, ט): אויפ'ן פסוק (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ", דיין ווייב וועט זוכה זיין צו האבן קינדער אזוי ווי א וויינשטאק וואס איז פול מיט טרויבן - בזכות וואס זי פירט זיך בצניעות, "בִּזְמָן שֶׁהִיא נוֹהֶגֶת בְּעַצְמָהּ דַּת יְהוּדִית שֶׁהִיא צְנוּעָה, זוֹכָה שֶׁיוֹצְאִין מִמֶּנָּה בָּנִים בַּעֲלֵי מִקְרָא, בַּעֲלֵי מִשְׁנָה, בַּעֲלֵי מַעֲשִׂים טוֹבִים", זי וועט האבן קינדער וואס וועלן לערנען מִקְרָא, מִשְׁנָה און טון מַעֲשִׂים טוֹבִים, "הֲדָא הוּא דִּכְתִיב: 'בָּנֶיךָ כִּשְׁתִילֵי זֵיתִים'", עיין שם.


אויך זאלט איר עוסק זיין אין צדקה; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן כב) אז דורך צדקה איז מען זוכה צו קינדער.


אויך זאלט איר העלפן אין אייער שטאט אז עס זאל זיין אן עירוב; עס איז מקובל פון צדיקים אז דער וואס מאכט אן עירוב איז זוכה צו גרויסע נסים, בפרט אינעם ענין פון זרע של קיימא. אזוי ווי עס איז באוואוסט די מעשה, א איד וואס האט נישט געהאט קיין קינדער איז געקומען צום הייליגן ייטב לב זכותו יגן עלינו פאר א ברכה און דער ייטב לב האט אים געזאגט אז ער זאל מאכן דעם עירוב, אזוי האט ער געטון און ער האט זוכה געווען צו זרע של קיימא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#105 - וואס דארף איך טון ווען איך זע קינדער פירן זיך נישט ערליך?
חינוך הילדים, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


שוין א לענגערע צייט וואס איך האב חושד געווען צוויי קינדער, איינער 12 יאר און דער צווייטער 10 יאר אז זיי באהאלטן זיך און טון עבירות. איך האב זיי אויסגעפרעגט און טאקע באשטעטיגט אז זיי טוען צוזאמען הארבע עבירות רחמנא ליצלן.


איך האב מעורר געווען זייערע עלטערן דערוועגן, אבער זיי האבן מיר אויסגעלאכט און אנגעשריבן אז איך בין נישט גאט'ס פאליציי און איך דארף זיך נישט אריינמישן, און זיי האבן מיר געמאכט בזיונות.


איז מיין שאלה אויב איך דארף עפעס טון ווייטער דערוועגן, אדער זאל איך זיך גיין ווייטער מיין וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו האסט געזאגט פאר די עלטערן און דו האסט געזאגט פאר די קינדער - האסטו שוין געטון דיינס.


יעצט בלייבט איבער צו וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, זיי זאלן נישט פאלן אין עבירות, וואס דאס האלט צוריק די גאולה. אזוי ווי דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו זאגט (פרשת כי תבוא): "איך האב זיך געוואונדערט פארוואס משיח איז נאך נישט געקומען, מיר זעען דאך אז רוב אידן זענען אזוי וואויל און אזוי ערליך, מען איז אפגעהיטן פון עבירות - פארוואס קומט נאך נישט משיח? ביז איך בין געוואויר געווארן אז די בחורים און אינגלעך טוען נעבעך זייער אסאך עבירות רחמנא לצלן און טוען נישט תשובה דערויף, דאס איז די סיבה פארוואס משיח איז נאך נישט געקומען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#104 - ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן ווען כ'האב נאכנישט זוכה געווען צו קינדער?
חיזוק פאר פרויען, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס האט חתונה געהאט פאר אומגעפער צוויי יאר צוריק, און איך האב נאכנישט זוכה געווען צו קינדער, איך האב לעצטנס פארלוירן וכו', און דאס שטערט מיר מורא'דיג שטארק, איך שפיר ממש ווי איין שטיק דורכפאל. שוין גלייך נאך די חתונה האב איך אזוי שטארק געהאפט צו האבן א קינד, אבער יעדן טאג ווער איך מער און מער צעבראכן זעענדיג אז איך בין נאכנישט געהאלפן געווארן.


איך האב זיך ממש געמאכט א גלות פאר מיר אליין, איך גיי נישט צו קיין חתונות ווייל איך וויל נישט זיין דער רחמנות, איך שפיר אז איך בין מצער מיינע עלטערן וואס ווארטן אויף אייניקלעך, און דאס מערסטע שפיר איך נאך ווי דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר, איך דאווען און איך טו מצות און פרוביר צו זיין וואויל, פארוואס טוט עס דער אייבערשטער צו מיר? און אויב דארף ער מיר נישט האבן, דעמאלט פארוואס זאל איך ווייטער האבן א געפיל צו תורה און מצות?


איך ווייס אז מ'טאר נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, וואס זאל איך אבער טון אז איך האב יא קשיות? איך קען עס נישט ארויסנעמען פון מיין מח. ווי אזוי קען איך זיך האלטן פרייליך, און אויפהערן צו קוקן שווארץ אויף יעדע זאך? ווי אזוי קען איך אנהויבן צוריק טראכטן נארמאל און ליב האבן דעם אייבערשטן און אידישקייט, אין די צייט וואס יעדער האט קינדער און נאר איך נישט?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט נאך בכלל נישט קיין רחמנות, איר האלט אינגאנצן צוויי יאר נאך די חתנה, איר וועט נאך האבן קינדער.


דאס אז איר האט פארלוירן וכו' דאס דארף אייך שטארקן, ווייל פון דעם זעט איר אז איר און אייער מאן קענען האבן קינדער און איר וועט נאך האבן א גאנצע שטוב מיט קינדער.


איר טוט נישט גוט אז איר זענט איינגעשפארט, איר גייט נישט ארויס פון שטוב און איר גייט נישט אויף שמחות; פארוואס זאלט איר ארום גיין מיט א מחשבה אז דער אייבערשטער איז ברוגז אויף אייך? פארוואס זאלט איר זיך צעקלאפן און טראכטן אז איר זענט מצער אייערע עלטערן?! אז דער אייבערשטער האט אייך נאך נישט געגעבן קינדער זענט איר נישט מצער אייערע עלטערן, מיט דעם וואס איר וועט בלייבן אין שטוב דיפרעסט און מרה שחורה'דיג מיט דעם וועט איר זיי וויי טון.


אז איר ווילט האבן קינדער זאלט איר ארויסגיין פון אייער גלות, פון זייער עצבות; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים? יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים, וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", אז מען געבט צדקה און מען מאכט פרייליך די ווייב איז מען זוכה צו קינדער; זעט מען אז שמחה ברענגט אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#103 - זאל איך האבן נאך קינדער?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס געבן מיר אזויפיל כוחות אין לעבן.


איך בין א מאמע פון דריי קינדערלעך, און יעדעס מאל נאכדעם וואס איך האב געהאט א קינד בין איך אריינגעפאלן אין א שטארק דעפרעסיע, אבער נאכ'ן האבן דאס דריטע קינד איז מיין מצב געווארן זייער שווער, איך האב געדארפט זיין אין שפיטאל פאר א שטיק צייט און איך בין געווען אויף מעדעצינען. ברוך ה' אז צום סוף בין איך געקומען צו זיך, און היינט בין איך ברוך ה' א געזונטע מאמע און איך דארף מען נישט נעמען קיין שום מעדעצינען.


מיין שאלה איז יעצט ווי אזוי צו גיין ווייטער. מיין יונגסטע קינד איז שוין פיר און א האלב יאר, און איך וויל זייער שטארק האבן נאך קינדער, אבער פון די אנדערע זייט האב איך א שטארקע פחד פון דעם, און נאך מער אז איך וויל נישט נאכאמאל מאכן צער פאר מיין מאן און קינדער.


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר זאגן וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייטס פרייליך אויף די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אייך, איר האט א מאן מיט דריי ליכטיגע קינדער; וויפיל אידישע קינדער ווארטן צו געהאלפן ווערן און האבן כאטש איין קינד, און איר האט קיין עין הרע דריי ליכטיגע קינדער דארפט איר טאנצן פאר שמחה.


שטארקטס אייך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין טרויעריג און דעפרעסט, ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דעפרעסיע און ווייל מען איז נישט פרייליך.


ביז דערווייל זאלט איר אכטונג געבן אויף אייער געזונט.

#102 - וואס טו איך ווען מיינע עלטערן מישן מיר אריין אין זייער מחלוקת?
כיבוד אב ואם, קינדער, מחלוקת, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך קודם באדאנקען פאר די מורא'דיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט יעדן טאג, עס געבט מיר חיות אנצוגיין. ספעציעל די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, וואס איך פרוביר צו טון יעדן טאג, און איך האב שוין געהאט ברוך ה' אסאך מעשיות פון תפלה, איך שרייב עס אראפ און ווען איך בין אביסל צעבראכן ליין איך עס און דאס געבט מיר אסאך חיזוק. א גרויסן יישר כח.


איך בין א ניינצן יעריגע מיידל פון א שווערע שטוב, מיינע עלטערן קריגן זיך אסאך, אויך אין פארנט פון די קינדער, און אסאך מאל איז עס מיר זייער שווער צוצוקוקן. זייער אסאך מאל מאכט זיך אז איינע פון מיינע עלטערן וועלן מיר אריינמישן אין די מחלוקת און מיר הייסן זיך אננעמען פאר זיי און רעדן קעגן דעם אנדערן. איך ווייס אז איך טאר דאס נישט טון, אבער וואס זאל איך יא טון אין אזא צייט?


אוועקגיין פון שטוב איז נישט קיין עצה פאר מיר, ווייל ביי מיין באבע און זיידע איז נאך ערגער. האט דער ראש ישיבה שליט"א עפעס אן עצה פאר מיר? דאס איז מיר נוגע כמעט יעדן טאג.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי פאה ג.) מען האט געפרעגט רבי אליעזר: "עַד הֵיכָן הוּא כִּיבּוּד אָב וָאֵם?" ביז וויפיל איז א מענטש מחויב צו מכבד זיין זיינע עלטערן, האט רבי אליעזר געענטפערט: "וְלִי אַתֶּם שׁוֹאֲלִין?!" וואס פרעגט איר מיר, "לְכוּ שָׁאֲלוּ לְדָּמָה בֶּן נְתִינָה", גייטס פרעגן דמה בן נתינה. "רֹאשׁ פְּטַרְבּוֹלֵי הָיָה", ער איז געווען פון די גרעסטע גענעראלן אין די מיליטער, "פַּעַם אַחַת הָיְתָה אִמּוֹ מְסֲטַרְתּוֹ", איינמאל האט אים זיין מאמע געשלאגן מיט א שיך, "בִּפְנֵי כָּל בּוּלֵי שֶׁלּוֹ", פאר אלע סאלדאטן וואס זענען געווען אונטער אים, "וְנָפַל קוֹרְדְקוֹן שֶׁלָּהּ מִיָדָהּ", און די שיך איז אראפ געפאלן פון אירע הענט, "וְהוֹשִׁיט לָהּ שֶּׁלֹּא תִּצְטַעֵר", האט ער זיך אראפ געבויגן אויפצוהויבן די שיך און דאס געגעבן פאר זיין מאמע אז זי זאל זיך נישט דארפן אראפ בייגן און זיך מצער זיין.


אין דעם זכות וואס איר וועט מכבד זיין אייערע עלטערן, איר וועט זיך נישט מישן ווען זיי קריגן זיך, איר וועט זיי ביידע מכבד זיין – וועט איר טרעפןן בקרוב אייער זיווג.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן ווען מען וויל אייך אריין שלעפן אין א קריגעריי: "הייליגע באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן נישט צו מזלזל זיין אין די כבוד פון מיין טאטע מאמע; העלף מיר בזכות וואס איך בין זיי מכבד און איך בין נישט מזלזל אין זיי, אז איך זאל זוכה זיין צו א ערליכע גוטע חתן, און צוזאמען בויען א שיינע שטוב".


דאס זאלט איר שטענדיג בעטן שטילערהייט.

#101 - ווי אזוי וועט מען מיר אנקוקן נאכ'ן זיך גט'ן צוויי מאל?
שלום בית, קינדער, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן אין מיין מצב. איך בין שוין געווען איינמאל גע'גט און איך האב נאכאמאל חתונה געהאט, און מיר האבן געהאט צוויי קינדער צוזאמען. למעשה האט דער מצב ביי אונז אין שטוב אנגעהויבן גיין זייער שלעכט אין די לעצטע צוויי יאר, די קינדער וואס מיין ווייב האט מיטגעברענגט האבן מיר ממש דערביטערט דאס לעבן, און זי איז נאר געשטאנען מיט זיי אקעגן מיר, איך בין נישט אנערקענט געווארן אלס טאטע אין שטוב, נאר אלס איינער וואס דארף ברענגען געלט. און דערפאר האבן מיר זיך יעצט צעטיילט, און מיר גייען זיך גט'ן בקרוב.


מענטשן קוקן מיר אן ווי א לא יוצלח, ער גייט זיך שוין גט'ן צום צווייטן מאל, און איך ווייס אבער אז איך בין נישט אזוי שלעכט, כאטש קיינער איז נישט קיין מושלם, שפיר איך אז איך בין פשוט אריינגעפאלן צוויי מאל.


און יעצט טראכט איך ווי אזוי איך וועל קענען איבערגיין די שווערע תקופה, די צוויי קינדער זענען ביי מיר, און ווער מיר וועלן יעצט נעמען נאכ'ן זיך גט'ן צוויי מאל, און נאך מיט צוויי קינדער? איך וויל אזוי שטארק האבן א נארמאלע לעבן, אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב מיט ליבשאפט און שמחה, און אויב וועט זיין שוועריקייטן זאלן מיר עס דורכגיין צוזאמען בשלום.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז שווער צו ענטפערן ווען מען קען נישט דעם מענטש און מען ווייסט נישט קיין פרטים וכו'; בפרט ווען דו האלסט נאך פאר'ן גט, איז מיר זייער שווער צו ענטפערן ווייל "זיך גט'ן איז נישט די עצה".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס קינדער גייען אריבער ווען עלטערן גט'ן זיך; די ערגסטע זאך וואס עלטערן קענען טון פאר זייערע קינדער איז זיך גט'ן השם ישמרינו. איך קען דיר זאגן וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכרונו לברכה: "זיך גט'ן איז נישט די עצה", בפרט ווען עס איז דא קינדער אין שטוב; ווייל אויב מען גט זיך ליידן די קינדער פון דעם זייער גאנץ לעבן.


במשך די פופצן יאר וואס איך בין עוסק מיט קינדער און בחורים האב איך געזען אז רוב פראבלעמען מאכן זיך ביי קינדער פון גע'גט'ע שטובער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח. פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש; פארוואס וויינט נישט דער שלחן, דער מנורה, דער ארון, וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: "מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות...".


די נקודה איז נישט ווי אזוי מענטשן קוקן דיר אן און וואס מענטשן וועלן זאגן; וואס הארט דיר וואס מענטשן וועלן זאגן? דו דארפסט טראכטן מער פון די קינדער ווי טראכטן וואס מענטשן וועלן זאגן.


זיי זיך מחזק מיט תפילה והתבודדות, גיי ארויס אביסל שפאצירן אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיר העלפן זאלסט וויסן וואס דו האסט צו טון; זאג אים דיין ווייטאג, בעט אים: "'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ', אייבערשטער געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן וואס צו טון", אז דו וועסט זיין שטארק מיט דעם וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


די עצה פון התבודדות איז זיכער א גוטע עצה, מען זאל אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; דער רבי האט אמאל געהערט ווי איינער דאווענט מעריב און ער כאפט אפ די ווערטער: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ", האט דער רבי אים געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רלח): "די ווערטער דארף מען דאך זאגן מיט גרויס כוונה, דאס איז זייער א חשוב'ע תפילה", ווייל דער עיקר פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען האט אויף יעדע זאך ספיקות צי מען זאל טון אזוי צי אזוי, און מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ', רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאלסט זוכה זיין צו וויסן וואס דו האסט צו טון.

#100 - ווי אזוי איז מען זוכה צו נאך קינדער?
רפואה, קינדער, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק, איך בין זיך ממש מחיה.


איך וויל פרעגן אן עצה וואס מ'קען טון געהאלפן צו ווערן מיט נאך קינדער. איך האב ב"ה איין קינד, פיר יאר אלט, אבער איך וויל זייער שטארק נאך קינדער. איך האב געוויסע פראבלעמען, און איך בין שוין געווען ביי גוטע דאקטורים, עס האט אבער נישט צופיל געהאלפן, און איך וויל נישט נעמען צופיל רפואות פון זיי ווייל כ'האב מורא ס'וועט מיר שאטן. איך בעט אסאך דעם אייבערשטן פאר נאך קינדער, און איך וועל זיך פרייען צו באקומען עצות אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ה' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אויף די נסים וואס ער טוט מיט אייך, וועט דער אייבערשטער טון מיט אייך נאך ניסים. בפרט אז איר האט שוין א קינד, זאלט איר נישט אויפהערן לויבן דעם אייבערשטן אויף אייער טייערע קינד וועט איר זוכה זיין צו נאך קינדער.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "ווען א מענטש רעדט זיך אפ, זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, איך געב אים גוטס און דאך רעדט ער זיך אפ, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט שלעכט', אבער ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש ער איז אזוי פרייליך און דאנקבאר, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט', און מען געבט אים א גוטע לעבן".


משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט אז מען זאל דאנקען דעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה יד, ט): "עַל כָּל נְשִׁימָה וּנְשִׁימָה שֶׁאָדָם נוֹשֵׁם צָרִיךְ לְקַלֵּס לַבּוֹרֵא", אזוי ווי עס שטייט (תהלים קנ, ו): "כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ", אויף יעדע אטעם זאל מען לויבן דעם אייבערשטן; די ראשי תיבות פון כֹּ'ל הַ'נְּשָׁמָה תְּ'הַלֵּל איז נוטריקון דער הייליגן נאמען פונעם אייבערשטן, דעם שם פון ת'כ'ה'; מיר זאגן יעדן טאג ביי שמונה עשרה: "הַטּוֹב שִׁמְךָ וּלְךָ נָּאֶה לְהוֹדוֹת", און די סופי תיבות פון וּלְ'ךָ נָּאֶ'ה לְהוֹדוֹ'ת איז אויך נוטריקון דער הייליגן שם, און אויפ'ן שטערן פון משיח איז אויפגעקריצט דעם שם פון ת'כ'ה', אזוי אויך באטרעפט תכ"ה וויפיל משיח בן דוד מיטן כולל, מיט דעם שם פון ת'כ'ה' וועט משיח מכניע זיין אלע רשעים.


אז איר וועט יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן וועט איר זוכה זיין צו נאך קינדער, אן קיין רפואות און אן קיין דאקטורים.


 

#99 - ווי אזוי גייט מען זיך אום מיט חתונה געהאטע קינדער?
קינדער, שלום, משפחה, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער כסדר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א פאר אינגעלייט, און דאס האט געטוישט אינגאנצן מיין לעבן צום גוטן.


איך האלט שוין ב"ה ביים חתונה מאכן מיין ערשטער קינד בשעה טובה ומצלחת, איך האב געוואלט פרעגן אויב ס'איז שייך אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל געבן שיעורים אויך פאר עלטערע אינגעלייט, וואס מאכן שוין חתונה קינדער, ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די איידעמער און שנירן, און אזוי ווייטער אלעס וואס מ'דארף וויסן ווען מ'מאכט שוין חתונה קינדער. איך וויל נישט שפעטער געוואויר ווערן אז איך האב געמאכט טעותים.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט דיר, בפרט אויף דעם חסד אז דיינע קינדער גייען אונטער די חופה. וויפיל צענדליגער און הונדערטער שטובער שטייען און ווארטן אויף די מזל'דיגע שעה צו קענען פירן די קינדער אונטער די חופה; דערפאר זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים, און אים בעטן ווייטער פאר זיי און פאר אלע אידן.


נעם די מדה פון אהרן הכהן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, יב): "הֱוֵי מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַהֲרֹן, אוֹהֵב שָׁלוֹם וְרוֹדֵף שָׁלוֹם", אהרן הכהן האט געזוכט ווי ער קען מאכן שלום; דאס זאלסטו שטנדיג טון, פאר דיין זון זאלסטו שטענדיג זאגן: "דו האסט באקומען א טייערע ווייב וכו' וכו'", און פאר דיין טאכטער זאלסטו שטענדיג זאגן ווי צופרידן דו ביסט פון איר מאן. יעדעס מאל דו טרעפסט דיינע קינדער זאלסטו געדענקען צו געבן גוטע ווערטער פון איינעם אויפ'ן צווייטן, אזוי אויך זאלסטו רעדן שיין צו זיי פון זייערע עלטערן, זאג פאר דיין איידעם: "דו האסט א חשוב'ע טאטע וכו'", אפילו ער האט דיר בא'גנב'עט ביי די חתונה, אזוי אויך זאלסטו זאגן פאר דיין שנור גוטע ווערטער אויף איר משפחה, אפילו מען האט זיך געאמפערט וכו', וועסטו זוכה זיין צו האבן נחת פון זיי.


דער עיקר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן פאר דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן. מען האט אמאל געפרעגט א ברסלב'ער חסיד ווי אזוי ער האט מצליח געווען מיט זיינע קינדער, האט ער געענטפערט: "וואס מיינט איר, איך האב באקומען גוטע קינדער אזוי ווי מען רייסט אראפ אן עפל פון בוים? איך האב יעדן טאג געוויינט צום אייבערשטן מיט טרערן, נאכדעם האב איך גענומען מיינע טרערן און זיך אפגעווישט דעם פנים מיט די טרערן; איך האב געבעטן, רבונו של עולם, געב מיר ערליכע קינדער, זיי זאלן זיין גרויסע צדיקים, זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון עבירות וכו' וכו'".


דערפאר דארפן עלטערן געדענקען צו מתפלל זיין פאר די קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן און אויפשטעלן ערליכע דורות, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן סיי ווען די קינדער זענען נאך קליין און סיי ווען מען האלט שוין נאכ'ן חתונה מאכן, דורכדעם וועלן זיי זוכה זיין צו ערליכע קינדער און שעפן פון זיי אסאך אידיש נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#98 - וואס האט מוהרא"ש געהאלטן איבער די "דור ישרים" טעסט?
שידוכים, רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים וואס איז ממש געוואלדיג. איך האב געהערט ביי א שיעור אז דער ראש ישיבה שליט"א האט אוועקגעמאכט די "דור ישרים" טעסט, וואס איז שלעכט מיט דעם? און וואס האט מוהרא"ש געהאלטן איבער דעם?


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש איז נישט געווען דערקעגען מען זאל מאכן דעם דור ישרים טעסט, אויב איינע פון די צדדים האבן זיך געשטעלט צו מאכן די בדיקה האט מוהרא"ש געזאגט מען זאל עס מאכן.


זוכה זיין צו געזונטע ערליכע דורות דארף מען אויף דעם אסאך בעטן דעם אייבערשטן; מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס תפילה איז און וואס מען קען פועל'ן דורך תפילה. עס איז באוויסט דעם סיפור (פעולת הצדיק, סימן ו) אז ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט משדך געווען זיין תלמיד רבי נחמן הורידענקער זכר צדיק לברכה מיט די שוועסטער פון רבי יצחק דרוביטשער זכר צדיק לברכה, איז תיכף נאך די חופה דער חתן - דער צדיק רבי נחמן הורידענקער - נעלם געווארן און זיין ווייב - די כלה - האט נישט געוויסט וואו ער איז; זי האט געווארט אפאר טעג אויף אים ער זאל אהיים קומען און ווען זי האט געזען אז ער קומט נישט אהיים איז זי געגאנגען צום הייליגן בעל שם טוב און האט אויסגעבראכן אין א געוויין, זי האט אים דערציילט אז זי ווייסט נישט וואו איר מאן דער חתן איז, דער בעל שם טוב איז געווארן זייער דערשראקן און ער האט איר געהייסן צוריק קומען נאך אפאר טעג. דער בעל שם טוב האט געזען מיט רוח הקודש וואו רבי נחמן איז באהאלטן און ער האט געשיקט א שליח צו אים אז ער באפעלט אים ער זאל תיכף קומען צו אים. ווען ער איז אנגעקומען צום בעל שם טוב הקדוש האט אים דער בעל שם טוב פארגעהאלטן: "היתכן צו טון אזא זאך, איבערלאזן איינזאם א פרוי גלייך נאך די חופה?!" האט ער געענפערט אז ער זעט ברוח הקודש אז ער וועט האבן מיט איר א קינד און תיכף ווען דאס קינד וועט געבוירן ווערן וועט זי שטארבן, "איך האב רחמנות אויף אירע יונגע יארן, דערפאר האב איך מיך באהאלטן אז זי זאל נאך קענען אביסל לעבן". ווען דער בעל שם הקדוש האט דאס געהערט האט ער איר געלאזט רופן און ער האט איר דערציילט די גאנצע מעשה, אז דער חתן האט זיך באהאלטן ווייל ער וויל נישט זי זאל אזוי יונג נפטר ווערן. האט זי געזאגט: "אויב מיין מאן איז אזוי גרויס, אז ער קען זען וואס גייט זיין וכו', בין איך מסכים טראגעדיג צו ווערן און האבן א קינד פון אים", אזוי איז געווען, זיי זענען אהיים געגאנגען און זי האט אנגעפאנגען צו ווארטן א קינד, בשעת זי האט געבוירן דאס קינד האט זי זייער געוויינט און געזאגט: "רבונו של עולם, נעם מיר נישט אוועק פון דער וועלט פאר א חודש, ווייל איך וויל זען מיין קינד, און זיך מיט אים משעשע זיין אביסל", און אזוי איז טאקע געווען, זי האט געלעבט א חודש און נאכדעם איז זי נפטר געווארן.


האט רבי נחמן הורידענקער געזאגט: "א שאד זי האט נאר געבעטן צו בלייבן לעבן א חודש, ווען זי וואלט ווען געבעטן אז די גזירה זאל אינגאנצן בטל ווערן וואלט עס אינגאנצן בטל געווארן - ווייל זי האט אזוי שטארק געבעטן, מיט אזא צעבראכענע הארץ, אז זי וואלט ווען געקענט מבטל זיין די גזירה". זעט מען ווי שטארק תפילה איז, אז מען קען אלעס פועל'ן מיט תפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#97 - מיר ווילן שוין געהאלפן ווערן מיט קינדער, וואס טוט מען?
רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, מיר באקומען פון דעם פיל חיזוק אויף אמונה און בטחון.


מיר האלטן שוין אפאר יאר נאך די חתונה און מיר זענען נאכנישט געהאלפן געווארן מיט קינדער, און דאס איז אונז זייער שווער. מיין ווייב'ס חבר'טעס האבן שוין אלע עטליכע קינדער, און דאס מאכט אונז נאך מער צעבראכן. איינער וואס האט ברוך ה' קינדער וועט אונז קיינמאל נישט פארשטיין, און דעריבער איז נישטא ווער ס'זאל אונז מחזק זיין.


אויסער דעם דארפן מיר חיזוק אויף אמונה און בטחון, נאכ'ן מתפלל זיין אזויפיל אויף דעם, און טון אזויפיל סגולות אויף דעם, און נאכאלץ נישט זען קיין ישועה, דארפן מיר חיזוק אז די תפלות זענען נישט אומזיסט.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן פיל נחת פון אייערע קינדער אין זכות פון די פילע טויזנטער אידן וואס איר זענט מחזק. און ביטע זייט אונז אויך מחזק, און זייט מתפלל פאר אונז אז מיר זאלן שוין געהאלפן ווערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט געהאלפן ווערן מיט קינדער זאלסטו געבן אסאך צדקה און פרייליך מאן דיין ווייב. אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (בבא בתרא י:): "מַה יַעֲשֶֹה אָדָם וַיִּהְיוּ לוֹ בָּנִים זְכָרִים", וואס זאל א מענטש טון ער זאל זוכה זיין צו קינדער זכרים? רבי אליעזר זאגט: "יְפַזֵר מָעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", ער זאל געבן צדקה און רבי יהושע זאגט: "יְשַׂמַּח אִשְׁתּוֹ לִדְּבַר מִצְוָה", ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב.


מאך פרייליך דיין ווייב; פרוביר מיט אלע דיינע כוחות צו זען זי זאל זיין פרייליך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָׁה - בַּעֲלָהּ מְשַּׂמְחָהּ", דער מאן האט א מצוה פרייליך צו מאן די ווייב; ווייל די טבע פון פרויען איז צו זיין בעצבות, בפרט א פרוי וואס האט נאך נישט קיין קינדער איז שטענדיג זייער טרויעריג. דארף דער מאן איר מחזק זיין איר שטארקן און פרייליך מאכן; דאס איז די גרעסטע סגולה פאר קינדער.


געב זייער אכטונג איר נישט צו מצער זיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): א מענטש זאל זייער אכטונג געבן אויף זיין ווייב איר נישט צו טשעפען, ווייל א פרוי וויינט שנעלער ווי א מאן, און אז מען איז איר מצער און זי וויינט באקומט מען נאכדעם זייער א גרויסער עונש רחמנא לצלן.


אויב דו קענסט מיר שיקן דיין נאמען און דיין ווייב'ס נאמען, וועל איך מתפלל זיין פאר אייך ביז איר וועט געהאלפן ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט בקרוב קענען מבשר זיין די גוטע בשורה.

#96 - צי פעלט אויס צו האבן נאך קינדער?
רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב מ'מוטשעט זיך אויפצוציען די קינדער, צי פעלט אויס צו האבן נאך קינדער? מיר האבן שוין א אינגל און א מיידל, פארוואס זעט מען ביי חסידים אז זיי האבן אזויפיל קינדער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעוונותינו הרבים האט זיך אריין געכאפט ביי אידישע קינדער די נגע צרעת פון נישט האבן קינדער רחמנא לצלן; מענטשן זענען מסית ומדיח אנדערע נישט צו האבן קינדער מיט'ן אויסרייד: "היינט איז א סכנה צו האבן קינדער", "עס איז שווער צו מחנך זיין די קינדער", אדער אנדערע נארישע סברות, ווי צום ביישפיל: "אויף וועמענס חשבון האסטו קינדער?" "וואס וועט זיין מיט פרנסה?" און דאס גלייכן - ווען פריה ורביה איז די ערשטע מצוה אין די תורה. דער אייבערשטער האט אונז באפוילן (בראשית א, כח): "פְּרוּ וּרְבוּ וּמִלְאוּ אֶת הָאָרֶץ וְכִבְשֻׁהָ", מען זאל האבן קינדער אנצופולן די וועלט, "וְכִבְשֻׁהָ", און מיט קינדער וועט איר אייננעמען די וועלט; ווי אזוי נעמט מען איין די וועלט? אז די וועלט ווערט באזעצט מיט מענטשן וואס פירן זיך ווי דער אייבערשטער וויל, מען פירט זיך אזוי ווי עס דארף צו זיין - מיט דעם נעמט מען איין די וועלט.


דאס איז געזאגט געווארן אפילו ווען מען האט שוין זוכה געווען צו האבן א אינגל און א מיידל וואס מיט דעם האט מען מקיים געווען די מצוה פון פריה ורביה; אזוי ווי עס שטייט (קהלת יא, ו): "בַּבֹּקֶר זְרַע אֶת זַרְעֶךָ וְלָעֶרֶב אַל תַּנַּח יָדֶךָ", און חכמינו זכרונם לברכה דרש'נען אויף דעם (יבמות סב:): "הָיוּ לוֹ בָּנִים בְּיַלְדּוּתוֹ יִהְיוּ לוֹ בָּנִים בְּזִקְנוּתוֹ", עס איז דא א מצוה פון האבן נאך און נאך קינדער; און אזוי פסק'נט דער רמב"ם (פרק טו מהלכות אישות, הלכה טז): "אַף עַל פִּי שֶׁקִּיֵּם אָדָם מִצְוַת פְּרִיָּה וּרְבִיָּה, הֲרֵי הוּא מְצֻוֶּה מִדִּבְרֵי סוֹפְרִים שֶׁלֹּא יִבָּטֵל מִלִּפְרוֹת וְלִרְבּוֹת כָּל זְמַן שֶׁיֵּשׁ בּוֹ כֹּחַ. שֶׁכָּל הַמּוֹסִיף נֶפֶשׁ אַחַת בְּיִשְׂרָאֵל כְּאִלּוּ בָּנָה עוֹלָם", אפילו מען האט שוין מקיים געווען די מצוה פון פריה ורביה איז א מצוה צו ברענגען נאך קינדער ווייל מיט דעם בויעט מען אויף די וועלט.


די וואס זאגן אז היינט איז א סכנה צו האבן קינדער ווייל מען זעט דאך אז אזויפיל פאלן אוועק וכו'; דאס איז נישט קיין סיבה אויף נישט צו האבן קינדער ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט: "א מענטש דארף בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו האבן אסאך קינדער - אפילו די קינדער וועלן אויסוואקסן נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין זאל ער ווייטער ברענגען קינדער, ווייל ווען משיח וועט קומען און צוריק ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן וועט ער צוריק ברענגען אלע פארווארפענע נשמות, ער וועט מתקן זיין און פאררעכטן אלע דורות".


אויך איז נאריש זיך אפצוהאלטן פון קינדער וועגן פרנסה; ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ג): "אֵין צָרִיךְ לָאָדָם לִדְאֹג עַל פַּרְנָסַת בָּנָיו, כִּי כְּשֶׁהֵם גְּדֵלִים, גְּדֵלָה פַּרְנָסָתָם עִמָּהֶם", א מענטש דארף נישט זארגן וועגן פרנסה, ווי אזוי וועלן זיינע קינדער האבן פרנסה, ווייל ווען זיי וועלן אויפוואקסן וועלן זיי האבן פרנסה; און אויך די עלטערן וועלן האבן פרנסה, ווייל קינדער איז א ברכה. ביי אידן איז קינדער א ברכה, דעריבער וועסטו זען ווי ביי ערליכע אידן זענען דא פרוכטבארע פאמיליעס, געבענטשטע שטובער.


די וואס פארדרייען דעם קאפ פון יונגעלייטלעך און ווייבלעך אז מען זאל נישט האבן קינדער גלייך וכו' ווייל מען קען נישט אויפבויען אן אמת'ער קשר צווישן מאן און ווייב - דאס איז נישט אמת, ווייל קיין שום זאך בויט נישט אויף אזא שטארקע קשר ווי קינדער; מיט יעדע קינד וואס מען האט בויט זיך אויף א נענטערע קשר.


צדיקים זאגן אז קינדער ברענגט שלום בית, אזוי ווי מיר געפונען ביי די פרשה פון א סוטה; ווען א מאן און ווייב קריגן זיך ביז עס קומט דערצו אז דער מאן ברענגט זיין ווייב צום כהן און עס שטעלט זיך ארויס אז זי איז אן ערליכע פרוי, זאגט די תורה (במדבר ה, כח): "וְנִקְּתָה וְנִזְרְעָה זָֽרַע", זי וועט ווערן געבענטש מיט קינדער און די קינדער וועלן צוריק ברענגען די אמת'ע ליבשאפט און פארשטאנד איינער צום צווייטן.


אז עס איז אייך שווער אויפצוציען די קינדער זאלט איר מקפיד זיין פון היינט און ווייטער אויף טהרת המשפחה; מאכט אייך א שיעור צו איבער חזר'ן די הלכות און איר זאלט האבן קשר מיט א רב וועם איר זאלט פרעגן יעדע שאלה, נישט זיך אליינס מורה היתר זיין, דורכדעם וועט אייך זיין גרינג אויפצוציען די קינדער. אז מען היט טהרת המשפחה האט מען געזונטע קינדער און כח זיי צו מגדל זיין, אבער אויב חס ושלום מען היט נישט קיין הלכות אין שטוב דעמאלט קומען קראנקע קינדער און מען פארלירט די כח צו די קינדער השם ירחם.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז אז די גאולה שלימה וועט קומען בזכות די פרוכטבארע משפחות (יבמות סג:): "אֵין בֶּן דָּוִד בָּא עַד שֶׁיִּכְלוּ כָּל הַנְּשָׁמוֹת שֶׁבַּגּוּף"; קומט אויס אז מיט יעדע קינד וואס מען ברענגט אויף די וועלט איילט מען צו אז משיח זאל קומען במהרה בימנו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#95 - ווי אזוי קען איך זיך אויסקומען מיט מיין טאטע?
כיבוד אב ואם, קינדער, כעס, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א יונגער בחור, איך לערן ב"ה אין א גוטע ישיבה, און איך הער אסאך די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן. יישר כח.


איך האב א פראבלעם וואס שטערט מיר זייער שטארק. מיין טאטע איז א גרויסער ביזנעס מאן, און ער איז זייער פארנומען און איבערגעשטרענגט כסדר. אסאך מאל ווען ער קומט אהיים שרייעט ער אויף מיר קולות וברקים, און אסאך מען רעדט ער יא זייער שיין צו מיר, ער נעמט מיר ארום און שמועסט שיין מיר מיר, אבער נאכדעם איז ווידער צוריק צום שרייען, ער שרייעט ווייטער מיט קולות וברקים אויף מיר. און אזוי גייט עס אלץ אהין און צוריק.


איך שפיר אז איך ווער ממש צעריסן פון דעם, און בעט דעם ראש ישיבה שליט"א מיר מחזק צו זיין און זאגן וואס איך דארף צו טון.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איין זאך בעט איך דיר, זאלסט קיינמאל נישט ענטפערן מיט חוצפה פאר דיינע עלטערן ווען זיי שרייען אויף דיר; עס איז א גרויסע עבירה אויב מען איז זיך מתחצף פאר די עלטערן און מען באקומט אויף דעם א גרויסער עונש השם ישמרינו. עס איז נישט קיין חילוק ווער עס איז גערעכט, אפילו דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט טאר מען נישט צוריק ענטפערן פאר טאטע מאמע.


בנוגע דיין טאטע וואס שרייט אויף דיר וכו' און דו שפירסט ממש ווי דו ווערסט צעריסן פון דעם; נעם נישט פערזענליך ווען איינער שרייט אויף דיר וועט דיר עס נישט אזוי וויי טון. דער עיקר פון וואס דו ווערסט צעריסן ווען מען שרייט אויף דיר איז ווייל דו נעמסט עס פערזענליך און דו מיינסט אז דאס איז דיין פראבלעם, יעדעס מאל ער שרייט אויף דיר ווערסטו פון דעם אראפגעקלאפט, ער מאכט דיר שפירן ווי דו ביסט א פעלער וכו'. אבער אז דו וועסט אריין נעמען ביי דיר אין קאפ אז דו ביסט נישט שולדיג, נאר וויבאלד דיין טאטע איז פשוט איבער געשטרענגט וכו' שרייט ער און באזידלט דיר, וועט דאס דיר בכלל נישט שטערן.


איך ווייס פון א ברסלב'ער חסיד וואס האט אסאך מחלוקת, יש דורשין אותו לשבח ויש דורשין אותו לגנאי, טייל מענטשן רימען אים כסדר און א טייל שפעטן פון אים, זאגט דער ברסלב'ער חסיד שטענדיג: "ווען מענטשן רימען מיר ווער איך נישט נתפעל דערפון כדאי אז ווען מען וועט לאכן פון מיר זאל מיר דאס נישט צעברעכן". "איך ווייס קלאר - זאגט דער ברסלב'ער חסיד – אז די וואס שרייען און צעקלאפן א צווייטן איז דאס זייער אייגענע חסרון, זיי דארפן נאך אביסל אויסארבעטן זייערע מידות, און ווידעראום די וואס רעדן שיין און קאמפלימענטן איז דאס איז זייער אייגענע מעלה", זיין גאנצע חיות איז פונעם אייבערשטן און איז נישט געבויעט אויף מענטשן; פרוביר אויס דעם וועג וועסטו לעבן פרייליך און צופרידן, דו וועסט נישט ווערן צעבראכן פון קיינעם אויף די וועלט.


נעם אריין אין זיך די אמונה און חזר זיך א גאנצן טאג די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", זינג עס מיט'ן ניגון, זינג עס אויף דיין שפראך, אויף אידיש: "אלעס איז דער אייבערשטער; עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה, מזל, נאר אלעס איז ער; קיינער קען גארנישט טון אן דעם וואס דער אייבערשטער זאל אזוי באפעלן", דורכדעם וועט דיר זיין גרינגער דאס לעבן.


נאכאמאל בעט איך דיר און איך ווארן דיר, זאלסט קיינמאל נישט ענטפערן פאר דיינע עלטערן מיט חוצפה, אפילו זיי זענען נישט גערעכט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#94 - שאלות איבער התחזקות, קינדער, און טערעפי
התחזקות, קינדער, טערעפי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות. איך האב זוכה געווען צו טרעפן דעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל נאך פסח, און איך האב געהאט פון דעם גאר גרויס חיזוק.


1.      איך וויל וויסן וואס איך טון נישט צו פאלן, יעדעס מאל נעם איך זיך פאר פון פריש צו זיין נאר וואויל און ערליך, און נאכדעם פאל איך נאכאמאל אראפ, איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?


2.      אויך וויל איך וויסן וועגן האבן קינדער. מיר האבן ב"ה צוויי קינדער, א אינגל און א מיידל, און איך האב זייער מורא צו האבן נאך קינדער. ביים פריערדיגן קינד האט מיין ווייב געהאט גרויסע פחדים פאר א לאנגע צייט, א רב האט איר געשיקט צו טערעפי און זי איז ב"ה בעסער געווארן, זי איז שוין יעצט גרייט פאר נאך, אבער יעצט בין איך געבליבן דערשראקן. איך ווייס נישט אויב איך קען זיין א גוטער ערליכער טאטע פאר מיינע קינדער, און בכלל איז זייער שרעקעדיג אויפצוציען קינדער אויפ'ן ריכטיגן וועג אינעם היינטיגן שווערן דור.


3.      א חבר מיינער האט מיר געזאגט אז איך מוז גיין צו טערעפי ארויסצונעמען די פחדים פון מיין קאפ, איך ווייס אבער נישט אויב איך זאל גיין, און נאכדערצו אז דער ראש ישיבה שליט"א זאגט ביי די שיעורים אז מ'זאל נישט גיין צו טערעפי.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן. א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל דיר ענטפערן מיטן אייבערשטנס הילף על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון


1( בנוגע וואס דו בעטסט אן עצה נישט אראפצופאלן; עס איז נישט דא קיין עצה נישט אראפצופאלן, עס איז דא אן עצה פון נאכאמאל זיך אויפהייבן. אפילו דו פאלסט אין בלאטע זאלסטו זיך אויפהייבן און נישט בלייבן ליגן דארט; דער רבי זאגט: "ווען מען גייט אין א בלאטע גייט מען א פוס אריין א פוס ארויס, דער עיקר נישט בלייבן שטיין מיט ביידע פיס"; א פוס אריין א פוס ארויס, א פוס אריין א פוס ארויס - ביז מען איז זוכה ארויס צו קריכן פון די שלעכטע מעשים.


מיר געפונען אין הלכות טריפות (חולין נא:; שלחן ערוך יורה דעה, סימן נח) אז ווען א בהמה פאלט אראפ דארף מען חושש זיין אז דאס איז א טריפה און אויב מען שחט דאס גלייך נאכן אראפפאלן טאר מען נישט עסן די פלייש, אבער אויב די בהמה הייבט זיך אויף און עס גייט - איז דאס נישט קיין טריפה; דאס זעלבע איז ביי א נפילה וואס א מענטש גייט אריבער, "נָפְלָה" - אז מען איז אראפ געפאלן, "וְעָמְדָה" - און מען הייבט זיך אויף, מען דערהאלט זיך - איז מען נישט קיין טריפה. אזוי אויך "נָפְלָה וְהָלְכָה", אויב מען מען גייט ווייטער אן אין עבודת השם, מען גייט אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב, מען טוט חסד מיט א צווייטן און מען לערנט די הייליגע תורה - איז אויך א סימן איז מען איז נישט קיין טריפה, דעריבער בעט איך דיר טייערער ברודער דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות נישט אפצולאזן דיינע גוטע רצונות און גוטע מעשים.


2) אז דיין ווייב איז גרייט און האט כח צו מגדל זיין נאך קינדער דארפסטו נישט זיין דערשראקן; דאנק דעם אייבערשטן אז זי איז געזונט און שטארק און זי איז צוריק געקומען צו אירע כוחות, זיי נישט דערשראקן איבער אויפצוען קינדער, קינדער איז א ברכה און קינדער ברענגט אלעס גוטס. ווען דער אייבערשטער געבט קינדער קומט מיט כח, מח, שכל און פרנסה, ממילא איז א שאד אפצוהאלטן די אלע גוטע זאכן וואס ווארט אראפצוקומען.


3) בנוגע טערעפי וכו'; א שאד צו גיין צו טערעפי ווען דער טערעפיסט קען זיך אליינס נישט העלפן - איז ווי קען ער דיר העלפן... דער רבי איז אונזער דאקטער און אונזער טערעפיסט. נעם די רפואות פונעם הייליגן רבי'ן; מאך זיך א שיעור אין משניות, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה", ווען א מענטש הייבט אן זאגן משניות איז ער זיך אינגאנצן מְשַׁנֶה, מען ווערט אינגאנצן אויסגערייניגט. אזוי אויך האט משניות א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, די ראשי תיבות פון דער ווארט מִשְׁנָה איז (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי"; אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו ער איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.


זיי זיך מתודה צום אייבערשטן וועלן אלע פחדים אוועקגיין; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, סימן לד): "מִי שֶׁאֵינוֹ מִתְוַדֶה עַל עֲוֹנוֹתָיו, מוֹרָא בָּא עָלָיו", ווער עס איז זיך נישט מתודה האט שטענדיג מורא; מען האט מורא פון יעדע זאך און מען איז שטענדיג נערוועז און אנגעצויגן. ווייל אלע נערוועזיקייטן קומט פון עבירות; עבירות ברענגט אויפן מענטש א נערוועזעקייט פון גארנישט מיט נישט. מען זעט מענטשן וואס האבן באמת א גוט לעבן, עס פעלט זיי גארנישט און דאך זענען זיי נערוועז בייטאג און ביינאכט, און זיי גיפטן זיך אויף יעדע קלייניקייט; דאס איז וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפד): "בְּהַחֹטֶם יְכוֹלִים לְהַכִּיר הַנּוֹאֵף", מען קען דערקענען א נואף דורך זיין נאז; דאס מיינט מען דורך כעס. איינער וואס איז שטענדיג נערוועז איז א סימן אז ער איז א נואף.


דערפאר, זאלסטו זען תשובה צו טון אויף דיינע עבירות וועסטו נישט זיין אזוי דערשראקן; זיי זיך מתודה אויף דיין שפראך וועלן אלע פחדים אוועק גיין פון דיר.


אז דו וועסט פאלגן אלעס פון דעם בריוו וועלן אלע פחדים אוועק גיין און דו וועסט לעבן א גוט לעבן צוזאמען מיט דיין ווייב און קינדער.

#93 - איך ארבעט אזוי סאך, איך קען ממש נישט אטעמען, וואס טוט מען?
שלום בית, קינדער, לימוד התורה, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק יומי, מיין טאג הויבט זיך אן גאר אנדערש נאכ'ן הערן די טעגליכע חיזוק, און פרוביר אז ס'זאל נישט בלייבן נאר ביים הערן, נאר אויך צו "גיין" און לעבן מיט דעם.


איך פרוביר זיך צו שטארקן צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, איך האלט שוין ב"ה ביים ענדיגן די דריטע מאל ששה סדרי משנה, און איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש, גמרא, און שלחן ערוך. אבער פון די אנדערע זייט איז מיר זייער שווער צוליב מיין ארבעט.


איך ארבעט גאר אסאך שעות יעדן טאג, ממש פון אינדערפרי ביז ביינאכט, און איך האב בכלל נישט ליב די ארבעט וואס איך טו, אבער נאר דאס האב איך יעצט. און דאס גייט אסאך סיי אויפ'ן חשבון פון מיין ווייב און קינדער וואס איך האב נישט גענוג צייט פאר זיי, און סיי אויפ'ן חשבון פון לערנען, אז איך קום נישט אן צו לערנען מיינע לימודים געהעריג יעדן טאג. איך בין מתפלל אסאך צום אייבערשטן ס'זאל מיר אונטערקומען א בעסערע פרנסה, ווייניגער שעות מיט מער געלט, אבער דערווייל איז מיר זייער שווער.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן עפעס עצות און חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ערשטע זאך בעט איך דיר דו זאלסט זיך שטארקן און זיין פרייליך, ווייל שמחה איז מסוגל אויף פרנסה בניקל, אזוי ווי מען זעט אז דער שם פון פרנסה 'חַתָּ"ךְ' וואס איז די ראשי תיבות פונעם פסוק (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ' אֶת' יָדֶךָ'", איז אויך די ראשי תיבות פונעם פסוק (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'"; זאלסטו פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך.


וויסן זאלסטו אז פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם צוגלייך, און דאס וואס מען זעט אז איינער ארבעט שווערער פונעם צווייטן - איז ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט, אז אמאל זענען געווען צוויי גרויסע עשירים וואס זענען געווען שכנים הויז צו הויז, איינער איז געווען א קמצן - א קארגער מענטש, און דער צווייטער איז געווען א גרויסער בעל צדקה; די ארימעלייט האבן געוויסט פון דעם גרויסן עושר דער נדיב לב וואס טיילט מיט א ברייט הארץ צדקה, מען פלעגט קומען צו אים און ער פלעגט אויפנעמען יעדן איינעם מיט א געשמאקע סעודה און צוגעבן א שיינע סכום געלט.


ויהי היום עס איז געווען אן ארימאן וואס האט געהערט אז אין דעם געוויסן שטאט וואוינט דער גוטהארציגער עושר, איז ער אהין געפארן אבער צו זיין מזל האט ער זיך טועה געווען און ער איז אנגעקומען צו דעם עושר דעם קמצן אין אים געבעטן צדקה, האט אים דער קמצן געענטפערט: "איך האב דא ביי מיר אין גארטן אסאך ביימער וואס מען דארף זיי צעשניידן, אז דו וועסט מיר צעשניידן די אלע גרויסע ביימער אויף קליינע שטיקלעך האלץ וועל איך דיר געבן עסן", אומר ועושה, דער ארימאן האט גענומען א האק און זיך גענומען צו די שווערע ארבעט, ער האט צעהאקט אלע ביימער אויף שפענדלעך און ווען ער האט געענדיגט איז ער געקומען צום בעל הבית בעטן עסן, זאגט אים דער קמצן: "קום מיט מיר", און ער פירט אים צום שכן'ס הויז - די הויז פונעם צווייטן עושר - זאגנדיג: "קלאפ אריין ביי דעם טיר, דא וועסטו אלעס באקומען; עסן, געלט וכו'", דער ארימאן האט געמיינט אז דאס איז איין זאך, איין בעל הבית; האט ער אריינגעקלאפט און תיכף ומיד האט מען אים אויף גענומען מיט א מורא'דיגע שמחה און אים געגעבן צו עסן מכל טוב וטוב, אינמיטן עסן האט זיך דער ארימאן אנגערופן: "איך האב זייער שווער געהארעוועט פאר די עסן", ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס הייסט?" האט ער געענטפערט: "איך האב געהאקט האלץ א גאנצן טאג ביז איך האב באקומען דאס עסן, דאס איז מיר בכלל נישט אנגעקומען גרינג", האט מען אים געזאגט: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", מען האט אים ערקלערט וואס דא איז פארגעקומען, אז דאס זענען צוויי מענטשן און אויב וואלט ער קודם אנגעקומען אהער וואלט ער בכלל נישט געדארפט ארבעטן, ווייל דא געבט מען פאר יעדן איינעם עסן בחינם.


מוהרא"ש זאגט אז דער רבי לערנט אונז מיט די מעשה אז דער אייבערשטער געבט פאר יעדן איינעם עסן און געלט אומזיסט, אבער אז מען זינדיגט דארף מען ארבעטן אפצוקומען דאס וואס מען האט שלעכטס געטון. דאס האט מען געזאגט פאר דעם ארימאן: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", א מענטש האט געזינדיגט דארף ער ארבעטן ביטער שווער און מיט דעם קומט ער אפ זיינע עבירות, אבער פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם בחינם.


גיי צום אייבערשטן און רעד מיט אים יעדן טאג אפאר מינוט, זאלסט אים בעטן עס זאל דיר אנקומען גרינג דיין פרנסה און דו זאלסט זיך נישט דארפן אזויפיל מוטשען, ווייל מיט תפילה קען מען אלצדינג באקומען. זאלסט נישט אויפהערן צו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן מיט א גרינגערע פרנסה, בעט אים: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל האבן פרנסה בריווח, העלף מיר איך זאל טרעפן א פרנסה וואס איך זאל אויך האבן צייט צו לערנען, דאווענען און פארברענגען מיט מיין ווייב און קינדער", אזוי זאלסטו בעטן יעדן טאג וועסטו זען אז דער אייבערשטער וועט מאכן א נס און דו וועסט טרעפן א גרינגע פרנסה.


שטארק זיך אין אמונה וועט דיר אנקומען דיין פרנסה אסאך גרינגער, דער רבי זאגט (ספר המדות, אות ממון, סימן פג): "אֱמוּנָה הוּא טוֹב לְפַרְנָסָה", אז מען האט אמונה האט מען פרנסה; נעם אריין אין דיר אז אלעס איז דער אייבערשטער און דיין פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.

#92 - מיין מאן איז א מלמד, דארף ער האבן אויסער דעם נאך א שיעור?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, קינדער, לימוד התורה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר די הערליכע שיעורים וואס זענען זייער מחזק, און פאר די הערליכע ניגונים מיט וואס מיר זענען זיך ממש מחיה.


איך בין א פרוי, און מיין מאן איז א מלמד. איך וויל זייער שטארק אז ער זאל גיין ביינאכט צו א שיעור תורה, אבער ער זאגט אז ער לערנט תורה מיט די קינדער אין חדר און ער איז שוין יוצא מיט דעם, איך ווייס אבער נישט אויב ער איז גערעכט מיט דעם.


איך וויל זייער האבן א חלק אין זיין תורה, איך שטיי אויף יעדן אינדערפרי און איך גרייט אים צו עסן און אלעס וואס ער דארף, ער זאל קענען לערנען רואיגערהייט מיט די קינדער אין חדר, איך וויל אבער אזוי שטארק אז ער זאל האבן אויך א געהעריגע שיעור אין תורה יעדע נאכט.


זאל איך אים מחזק זיין ער זאל גיין לערנען ביינאכט? און אויב יא, וואס זאג איך אים? ווי אזוי קען איך מאכן ער זאל וועלן גיין לערנען ביינאכט?


אגב, מיר ווארטן שוין דריי יאר אויף קינדער, לעצטנס האב איך אנגעהויבן מאכן אביסל התבודדות אויף דעם, איך פיר זיך צו שרייבן צום אייבערשטן, איך האב געשריבן פאר'ן אייבערשטן א דאנק בריוו אז מיר האבן נישט קיין קינדער, אבער ווען איך האב עס געוויזן פאר מיין מאן האט ער געזאגט אז ער פארשטייט דאס נישט, פארוואס זאל מען דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן נישט קיין קינדער? מיר דארפן נאר בעטן אויף דעם. וויל איך וויסן וואס איז טאקע דער ריכטיגער וועג צו טון וועגן דעם.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר אלעס, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעם גוטס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, י"ט אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים" - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת, א מלמד איז צוגעגליכן צו די שטערנס, פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון הימל, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד; אמת, ביי די וועלט איז א מלמד נישט אזא חשוב'ע שטעלע, אבער עס איז נישט אזוי. מלמדות איז זייער א הייליגע ארבעט און אן אחריות'דיגע ארבעט, ווייל א מלמד קען אויפהייבן קינדער און זיי אויפבויען פאר זייער גאנצן לעבן, און פארקערט אויך - ער קען נעמען א קינד און אים אזוי אראפקלאפן, אז דער קינד זאל בלייבן א צעקלאפטע נשמה אויף זיין גאנץ לעבן.


הדבר הראשון בעט איך אייך איר זאלט זיך זייער פרייען אז דער אייבערשטער האט אייך געגעבן די זכיה צו האבן א מאן וואס איז עוסק אין אזא הייליגע ארבעט און עס זאל אייך נישט באדערן אז ער גייט נישט ביינאכט לערנען וכו'. איך זאג שטענדיג פאר מיינע תלמידים וואס זענען מלמדים ווען זיי קומען צו מיר מיט די טענה אז זיי קומען נישט אן צו לערנען זייער אייגענע שיעורים: "לערנען מיט קינדער איז מער ווי לערנען פאר זיך"; ווען מען לערנט מיט קינדער איז דאס תורה לשמה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוכה מט:): אויפן פסוק (משלי לא, כו): "פִּיהָ פָּתְחָה בְחָכְמָה וְ'תוֹרַת חֶסֶד' עַל לְשׁוֹנָהּ", וואס איז תורת חסד און וואס איז נישט קיין תורת חסד? "תּוֹרָה לְלַמְּדָהּ - זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד, שֶׁלֹּא לְלַמְּדָהּ - זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁאֵינָהּ שֶׁל חֶסֶד", ווען מען לערנט תורה מיט א צווייטן - בפרט מיט ריינע קינדער תינוקת של בית רבן וואס זענען נאך לויטער און ריין - דאס איז תורה לשמה, עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון אזא תורה.


דערפאר זאלט איר זיך פרייען אז אייער מאן איז זוכה צו לערנען א גאנצן טאג תורה לשמה; איר דארפט פארשטיין אז עס איז נישט קיין גרינגע זאך צו זיצן מיט קינדער א גאנצן טאג, די גאנצע כח און מח ווערט אפגעשוואכט נאך א טאג זיצן מיט קינדער, זאלט איר אים נאר מחזק זיין און אים מכבד זיין.


בעטס דעם אייבערשטן אז ער זאל אייך געבן ערליכע קינדער. עס פעלט נישט אויס צו שרייבן פאר'ן אייבערשטן בריוון וכו'; ווען מען איז צוקריגט מיט איינעם און מען שעמט זיך צו רעדן צו יענעם הייבט מען אן מיט א בריוו, ווייל מען שעמט זיך אנצוהייבן רעדן מיט יענעם וכו', אבער מיט'ן אייבערשטן דארף מען זיך נישט שעמען צו רעדן, דעם אייבערשטן דארף מען בעטן נאכאמאל און נאכאמאל אן אויפהער, ביז ער וועט אייך העלפן.


אודאי זאלט איר אים דאנקען אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך. אז איר האט א טייערע מאן וכו', אז איר זענט ביידע געזונט וכו' און אז איר ווייסט פון הייליגן רבינ'ס עצות אז מען קען רעדן צום אייבערשטן און וואס מען דארף זאל מען זיך נאר ווענדן צו אים, אויף דעם אלעם זאלט איר אים דאנקען און נאכן דאנקען בעטס אים: "רבונו של עולם, גרויסער באשעפער, וואס דו האסט באשאפן אזא גרויסע שיינע וועלט, העלף מיר, געב מיר קינדער"; שמועסט מיט אים אזוי ווי חנה – שמואל הנביא'ס מאמע - האט געבעטן קינדער, אזוי ווי מיר געפונען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "כַּמָּה הִלְכָתָא גִּבָּרָתָא אִיכָּא לְמִשְׁמַע מֵהָנֵי קְרָאֵי דְּחַנָּה", זייער אסאך הלכות אין הלכות תפילה לערנט מען ארויס פון חנה – די מאמע פון שמואל הנביא; זי האט נישט אפגעלאזט דעם אייבערשטן ביז זי האט זוכה געווען צו אזא הייליג קינד. זי האט גע'טענה'ט מיטן אייבערשטן: "ה' צְבָאוֹת" זאגן חז"ל (ברכות, שם) אז זי האט געזאגט: "רבונו של עולם, דו האסט באשאפן אזא גרויסע וועלט, בעט איך דיר געב מיר א קינד", בעטס אויך אזוי דעם אייבערשטן וועט איר זען אז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן.


איך האף צום אייבערשטן אז בקרוב וועט איר מיר מבשר זיין א פרייליכע בשורה.

#91 - אפשר שאדט מיר א שידוך וואס איז נישט געווארן?
שידוכים, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל מוז איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים און חיזוק, ס'האט ממש געטוישט מיין לעבן, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעם גוטס.


איך בין א ווייבל, כ'האב חתונה געהאט פאר עטליכע יאר צוריק, איך האב ב"ה א טייערער מאן, און מיר האבן ב"ה א הערליך לעבן.


איך האב אבער א שווערע זאך וואס ליגט מיר אויף די געוויסן, פאר איך בין א כלה געווארן, האט מען מיר אנגעטראגן א צווייטע שידוך, למעשה בין איך נישט געווען צופרידן דערפון, און נאך עטליכע בעשאו'ס האב איך געזאגט פאר'ן שדכנ'טע אז איך וויל נישט דעם שידוך, און דער שידוך איז טאקע נישט געווארן.


די שדכנ'טע איז אבער געווען א קרוב מיט זיי, און זי האט מיר זייער פרובירט צוצורעדן איך זאל יא טון דעם שידוך, און זי האט איינגערעדט די אנדערע זייט אז מ'האלט שוין אט אט ביים ענדיגן דעם שידוך, און זיי האבן שוין אפילו געקויפט צירונגען. אבער למעשה איז דער שידוך נישט געווארן, ווייל איך האב נישט געוואלט.


דער בחור איז דערווייל נאכנישט קיין חתן, און איך האב געהערט אז ער איז זייער אנגעווייטאגט, און איך האב מורא אז דאס שאדט פאר מיר, אז איך האב נאכנישט זוכה געווען געהאלפן צו ווערן מיט קינדער. איך האב שווערע שולד געפילן פון דעם.


איך בעט זייער אז דער ראש ישיבה זאל מיר ענטפערן וואס איך קען יעצט טון וועגן דעם.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איבער בעטן דארף מען נאר איינעם וועם מען האט וויי געטון, אבער אין דעם פאל וואס איינער האט אויסגעטראכט א מעשה אז איר זענט זיין כלה און ער איז פון דעם בצער האט דאס גארנישט מיט אייך צו טון.


דאס איז דאך די סיבה פארוואס דער בחור און מיידל דארפן זיך טרעפן פאר מען מאכט דעם שידוך - כדי זיי זאלן זען צי זיי ווילן גיין ווייטער אדער נישט; כל זמן מען פארמאכט נישט דעם שידוך האט קיינער נישט מיטן צווייטן. אז דער שדכן האט געזאגט פאר די אנדערע זייט אז מען גייט ווייטער מיטן שידוך וכו' האט דאס גארנישט מיט אייך וכו'; אסאך שדכנים זוכן ווי שנעלער צו שטופן שידוכים און געבן נישט די מעגליכקייט פאר'ן בחור און מיידל צו זאגן וואס זיי שפירן, און אסאך מאל פאסירט נאכדעם נישט גוטע זאכן, ווען איינער שפירט אז מען האט אים אריין געצווינגען וכו'.


דאס איז מעשה שטן וואס פארגינט אייך נישט אייער שיין לעבן מיט אייער מאן, דערפאר ברענגט ער אייך אריין אלטע מעשיות וכו' וכו'; קלאפט אייך ארויס פון קאפ דעם גאנצן סיפור, דאס האט גארנישט מיט אייך צו טון.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס וואס איר האט, אז איר האט א מאן און איר לעבט א גוט לעבן, דורכדעם וועט דער אייבערשטער טון מיט אייך נאך גרויסע ניסים. דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט: "ווען א מענטש האט א נס, זאל ער דאס דערציילן פאר יעדן איינעם, דאס וועט מאכן אז דער אייבערשטער זאל מאכן מיט אים נאך ניסים".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#90 - וואס טו איך אז מיין טאכטער איז אריינגעפאלן מיט א פראבלעמאטישער מאן?
שלום בית, קינדער, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאכטער האט חתונה געהאט מיט א פיינעם בחור, ער האט געלערנט גוט אין ישיבה, און איך האב געהערט גוטע גריסן אויף אים. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז אלעס נאר געווען לפנים, ער איז געגאנגען ארבעטן נאך די חתונה און ער האט נישט מצליח געווען מיט גארנישט, געלט איז נישט געווען און די שלום בית האט אויך היבש געהינקעט. איך האב פרובירט זיי ארויסצוהעלפן מיט געלט, און שטופן דעם וואגן מ'זאל קענען ווייטער לעבן, און אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר א שיינע פאר יאר, און ס'איז געבוירן געווארן עטליכע קינדער ב"ה, כאטש וואס ער לייגט קיינמאל נישט צו קיין האנט אין שטוב צו העלפן עפעס.


לעצטנס האב איך אבער באמערקט אויף מיין טאכטער אז זי איז זייער צעטראגן, עפעס טויג נישט ביי זיי, האב איך איר צוגעדריקט צו די וואנט זי זאל מיר דערציילן וואס גייט פאר, און צו מיין באדויערן זאגט זי מיר אז ער נעמט מעדעצין פאר די נערווען שוין פון אלס בחור, און זי איז ערשט לעצטנס געוואויר געווארן דערפון, זי האט מיר דערציילט אז ער פירט נישט קיין נארמאלע שטוב, האט נישט קיין נארמאלע סדר היום, און אזוי ווייטער נאך אסאך דעטאלן וואס איז איר זייער שווער.


איך בין געווארן אינגאנצן פארלוירן, וואס דארף איך יעצט טון? זאל איך ארבעטן אויף א גט? אדער איז דא אן אנדערע עצה?


זיינע עלטערן זענען נישט אינטערעסירט צופיל אין אים בכלל, איך גיי זיי אבער פארהאלטן אויף די עוולה וואס זיי האבן געטון מיט'ן באהאלטן פון מיר אז ער נעמט נערווען מעדעצינען, איך מיין אז עפ"י הלכה טאר מען דאס נישט טון. אבער דערווייל בין איך ממש פארלוירן און איך ווייס נישט ווי אזוי דאס צו באהאנדלען, ביטע העלפט מיר ארויס און ווייזט מיר דעם ריכטיגן וועג וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז שווער צו ענטפערן ווען מען ווייסט נישט אלע איינצעלהייטן, אבער איין זאך זאלסטו וויסן אז די שאלה איז א פיקוח נפש שאלה.


היות עס איז שוין דא ביי זיי קינדער קיין עין הרע, קען מען נישט טראכטן פון זיך, מען דארף יעצט טראכטן פון די קינדער; זיך גט'ן איז א גרינגע זאך ווען מען טראכט פון דעם הוה, אבער אז מען טראכט אריין אינעם עתיד פון די קינדער איז גט'ן נישט די עצה, ווייל במשך די פופצן יאר וואס איך בין עוסק מיט קינדער און בחורים האב איך געזען אז רוב פראבלעמען מאכן זיך ביי קינדער פון גע'גט'ע שטובער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח; פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: "פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש, פארוואס וויינט נישט דער שלחן, די מנורה, די ארון, וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: 'מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות...'".


דערפאר בעט איך דיר זייער, לייג אוועק אלע פריוואטע נגיעות; יעצט איז נישט די שאלה ווער עס איז גערעכט, אודאי איז דאס א געפערליכע עוולה – אריין נארן א אומשולדיגע מיידל מיט א נערוון קראנק'ן בחור, אבער יעצט דארף מען טראכטן פאר די טובה פון די קינדער; אז עס גייט זיין א גט גייען זיי ליידן השם ישמרינו.


איך זאג אייך נאכאמאל, עס איז שווער צו ענטפערן אזא שאלה ווען מען ווייסט נישט אלע איינצעלהייטן, אבער דאס זאג אייך נאכאמאל: "אויב איז דא קינדער מוז מען לייגן דעם 'זיך' אין דער זייט און טראכטן פון די קינדער", ווייל קינדער דארפן א טאטע און א מאמע.


"גט'ן איז נישט די עצה!" אז איר וועט נעמען א ביקס און שיסן אייערע אייניקלעך וועט איר זיי נישט אזוי שטארק שלעכט'ס טון ווי אויב איר וועט מאכן א גט פאר אייער טאכטער.


זוכט אויף אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכע איד וואס מען רופט א 'צדיק אין פעלץ', וואס ווייסט נישט וואס עס גייט איבער אויף אידישע קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער, זוכט א צדיק וואס איז אויפן גאס, איינער וואס ווייסט בצרתן של ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת פון אלע דיינע קינדער און איינקלעך.

#89 - וואס קען איך טון געהאלפן צו ווערן מיט קינדער?
רפואה, קינדער, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות, איך האב שוין געענדיגט פינף מאל משניות, און איך לערן יעדן טאג אפאר בלאר גמרא, אלעס א דאנק די הערליכע שיעורים.


ס'איז שוין אריבער צען יאר פון מיין חתונה, און איך האב נאכנישט זוכה געווען צו קינדער, וואס קען איך טון דערצו? זאל איך גיין צו מוהרא"ש'ס ציון אויף די יארצייט מיט מיין ווייב? אדער זאל מיין ווייב טון די סגולה פון מקוה מלכה אין יבנאל? זי איז שוין דארט געווען צוויי יאר צוריק, אבער דערווייל זענען מיר נאכנישט געהאלפן געווארן.


יישר כח, יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער פארליר זיך נישט; מיר האבן א גרויסער באשעפער וואס אין זיינע הענט ליגט דער שליסל פון קינדער. בעט ווייטער דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.): "אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן, שְׁלֹשָׁה מַפְתְּחוֹת בְּיָדוֹ שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא שֶּׁלֹּא נִמְסְרוּ בְּיַד שְׁלִיחַ", דריי שליסלעך ליגן נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט, און איינע פון זיי איז די שליסל פון קינדער וואס איז נישט איבערגעגעבן געווארן פאר קיינעם, עס ליגט נאר אין דעם אייבערשטנ'ס הענט; זאלסטו ווייטער מתפלל זיין אויף קינדער.


אז דו קענסט גיין קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאלסטו אודאי גיין און דו וועסט דארט זען וואונדערליכע זאכן; מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון דער וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר א ישועה.


אזוי אויך זאל דיין ווייב טון נאכאמאל די סגולה פון מקוה מלכה; מוהרא"ש האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט טון די סגולה פון מקוה מלכה וועט האבן קינדער. און מוהרא"ש האט זיך אויסגעדרוקט: "אפילו א בוים וואס קען נישט האבן קינדער, אויב וועט מען טון די סגולה וועט מען האבן קינדער"; איך האב תלמידים וואס האבן נישט געהאט קיין קינדער פאר לאנגע יארן און זיי זענען געפארן קיין יבניאל און זיי זענען געהאלפן געווארן נאטורליך מיט ליכטיגע קינדער.


אזוי אויך זאלסטו געדענקען אז ווען א צדיק געבט אן הבטחה אדער א ברכה דארף מען האבן סבלנות אויסצואווארטן די ישועה און נישט אפלאזן די אמונה. אזוי ווי מיר געפונען אין די מעשה (סיפורי מעשיות, מעשה ה' פון דער בן מלך וואס איז געווען פון אבנים טובות) דער צדיק האט צוגעזאגט פארן קעניג אז ער וועט האבן א קינד וואס וועט זיין פון אבנים טובות, למעשה האט דער קעניג געהאט א קינד אבער מען האט נישט געזען אז ער איז פון אבנים טובות. שפעטער - פארציילט דער רבי – פלעגט דער צדיק שטענדיג דאווענען צום אייבערשטן, אז ער האט דאך צוגעזאגט פארן קעניג אז דער זון זאל זיין פון אבנים טובות און עס איז נישט מקוים געווארן, ער האט גע'טענה'ט צום אייבערשטן: "האב איך דאס דען געטון פאר מיין כבוד וועגן? איך האב דאס דאך געטון נאר פאר דיין כבוד וועגן, און עס איז נאכאלץ נישט מקוים געווארן", זעט מען אין די מעשה אז ווען דער צדיק זאגט צו א ברכה און ער גיבט אן הבטחה בעט ער ווייטער דעם אייבערשטן דערויף, און דער מענטש דארף אויסווארטן אויף די סגולה.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - יעדן טאג דארף מען בעטן פאר געזונטע קינדער
רפואה, קינדער, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך אייערע שיעורים, און איך בין זיך זייער מחזק מיט זיי, יישר כח.


איך האב ב"ה חתונה געהאט, און מיר האבן ב"ה זייער א שיין לעבן, און מיין ווייב ווארט שוין ב"ה וכו', דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער אז אלעס זאל זיין כשורה.


מיר פרובירן צו פירן אן ערליכע אידישע שטוב ווי עס דארף צו זיין, אבער א מענטש איז דאך נאר א מענטש, און מ'קען אמאל טון זאכן וואס זענען נישט אזוי אויסגעהאלטן, למשל בייטאג וכו', און דאס באזארגט מיר צי איך וועל נישט געשטראפט ווערן צו האבן נישט געזונטע קינדער רחמנא ליצלן. אפשר אויב פיר איך זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, קען דאס שאטן פאר מיינע קינדער.


איך האף איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן און פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, נר ב' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט דיר – אז דו האסט חתונה געהאט און יעצט ווארט איר שוין למזל טוב; זאלסט נישט אויפהערן צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן וועסטו זוכה זיין צו זען ווייטער חסדים.


מוהרא"ש זאגט אז דורכאויס די ניין חדשים וואס מען ווארט וכו' זאל מען יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פארן אייבערשטן; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן זאל מען ארויסזאגן די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין זְכוּת וָואס אִיך הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים; בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, בִּזְכוּת זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ וָואס זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ הֶעלְפְן מַיין וַוייבּ זִי זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים, אוּן זִי זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס זִי וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן אוּנְז אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל אוּנְז נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף אוּנְז אַז מִיר זָאלְן זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מַיין וַוייבּ זִי זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק אִיר גַאנְצֶע לֶעבְּן אוּן מִיר זָאלְן אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


איך שיק דיר אויך א תפילה פאר דיין ווייב וואס זי זאל מתפלל זיין יעדן טאג:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים אוּן אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט וכו'; עס איז נישט שייך מאריך צו זיין אין דעם ענין אויפן פאפיר וכו', איין זאך זאלסטו געדענקען - דאס וואס רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "קִינְדֶערְלֶעך, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת, ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו' און ווען מען טאר נישט - טאר מען גארנישט וכו'".


 א ליכטיגן חנוכה.

#87 - אפשר קענט איר מיר געבן חיזוק אויף טהרת המשפחה?
שלום בית, קדושה, רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא שרייבט א פרוי פון ארץ ישראל, צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען אויף אלע שיעורים וואס איך הער כסדר און עס געבט מיר אסאך חיזוק.


איך האב חתונה געהאט פאר דריי יאר צוריק, און מיר האבן נאכנישט קיין קינדער. עס הערט זיך נישט אזוי סאך, אבער למעשה האבן מיר אנגעהויבן צו גיין צו דאקטורים שוין א האלב יאר נאך די חתונה, און זייט דעמאלט האבן מיר פיל פראבלעמען וכו', און איך דארף חיזוק פאר טהרת המשפחה. איך פארשטיי אז דער אייבערשטער האט עס געהייסן פאר'ן טובה פונעם מענטש, אבער אין אונזער מצב זע איך נישט וואס די טובה איז, פארוואס פאדערט דאס דער אייבערשטער פון מיר? און ווי אזוי קען איך זיך שטארקן?


איך האף איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן, א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט אכטונג נישט צו מזלזל זיין אין די הרחקות וכו'; אז מען היט נישט קיין הרחקות באקומט מען זייער א גרויסער עונש. די הייליגע חכמים זאגן אונז (שבת יג.): אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטראבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי איז ארומגעלאפן אין אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): 'כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ', ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", און קיינער האט נישט געוויסט וואס איר צו ענטפערן, איינמאל – דערציילט אליהו הנביא - בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: "אוודאי האבן מיר געהאלטן טהרת המשפחה!" האט איר אליהו הנביא אויסגעפרעגט פונקטליך צי זי קען די הלכות פון טהרת המשפחה, ביז זי האט מודה געווען אז זיי האבן נאכגעלאזט אין די הרחקות; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'ט.


איר ווארט אויף קינדער דארפט איר דאך זכותים, זאג איך אייך צו אז אין זכות וואס איר וועט אפהיטן טהרת המשפחה, איר וועט האלטן אלע הרחקות אזוי ווי עס דארף צו זיין, וועט איר זוכה זיין צו געזונטע קינדער.


מיר האלטן די תורה נישט ווייל מיר פארשטייען מיט אונזער שכל אז דאס איז גוט, מיר היטן תורה ומצוות ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן; דער הייליגער רבי האט אוועק געמאכט די טעמי המצוות (עיין חיי מוהר"ן, סימן תיא), דער רבי האט געזאגט אז די מצוות זענען העכער פון אונזער שכל און פארשטאנד, און וויפיל טעמים מיר וועלן זאגן אויף די מצוות פונעם אייבערשטן וועלן מיר דאס נישט פארשטיין; מיר דארפן פאלגן דעם רצון השם וואס ער האט אונז געהייסן טון בתמימות ופשיטות, און זיך פרייען אז מיר טוען זיין רצון.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין זכות וואס איר זענט זיך מוסר נפש צו האלטן די הלכות און הרחקות זאלט איר בקרוב זוכה זיין צו געזונטע קינדער.


איר וועט מיר אודאי מודיע זיין א גוטע בשורה בקרוב.

#86 - זאלן מיר זיך אנשטרענגען צו האבן נאך קינדער?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער שוין לאנג די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און ס'האט פשוט געטוישט מיין בליק אויפ'ן לעבן.


איך בין א פרוי, צען יאר נאך די חתונה, מיר האבן שוין ב"ה צוויי קינדער, נאך פילע טיפולים ביי דאקטורים, און יעצט וויל איך שוין האבן נאך קינדער. מיין מאן האט נישט קיין חשק פאר נאך טיפולים, ער זאגט אז אויב דער אייבערשטער וויל אונז שיקן דארפן מיר זיך נישט אזוי שטארק אנשטרענגען, איך וויל אבער יא, און די דאקטורים זאגן אז זיי זעען נישט קיין שום פראבלעם ביי אונז.


ס'איז מיר שווער זיך צו האלטן רואיג מיט אמונה, איך וויל נאר לויפן צום דאקטער, איך האף איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן און זאגן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס דעם אייבערשטן אויף די צוויי ליכטיגע מתנות וואס ער האט אייך געשאנקען; פארוואס זאלט איר לויפן צו דאקטורים מאכן טיפולים?! טאנצט פאר שמחה פאר די מתנות מיט וואס דער אייבערשטער האט אייך מזכה געווען.


בשעת א פרוי צינדט די שבת ליכט איז זייער א גרויסער עת רצון; אלע טירן פון הימל עפענען זיך אויף און מען קען אלעס פועל'ן. דארפאר זעט צו בעטן פונעם אייבערשטן בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט אויף אלעס וואס איר דארפט, בפרט אויף קינדער.


ווען איר זאלט ווען וויסן וואספארא כוחות א פרוי האט מיט אירע תפילות, בפרט ווען זי צינדט אן די שבת ליכט יעדע וואך וואלט איר אויסגענוצט די צייט און געבעטן דעם אייבערשטן אויף געזונט, אויף קינדער און אויף נחת; עס איז א שאד אז פרויען ווייסן נישט ווי חשוב זייערע תפילות זענען און ווי אזוי אויסצוניצן זייער צייט דעמאלט. דארפאר זעט צו בעטן פונעם אייבערשטן בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט אויף אלעס וואס איר דארפט.

#85 - מיר ווילן שוין האבן נאך קינדער
רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה זוכה געווען צו א קינד, מיט דאקטורים און אסאך געלט, און מיין קינד איז שוין ב"ה איין און האלב יאר אלט. יעצט וויל מיין ווייב שוין זייער שטארק האבן נאך א קינד, זאלן מיר שוין גיין נאכאמאל צום דאקטער און פרובירן?


א גרויסן יישר כח, יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די מתנה וואס ער האט דיר געגעבן - א געזונט קינד; דו זאלסט נישט אויפהערן צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די מתנה, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו א שטוב מיט קינדער.


ווארטס מיט געדולד אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער וועט אייך מאכן; מען דארף אכטונג געבן נישט צו זיין א דוחק את השעה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סד.): "כָּל הַדּוֹחַק אֶת הַשָּׁעָה - הַשָּׁעָה דוֹחַקְתּוֹ". ביז דערווייל גייטס נאך נישט צו קיין דאקטורים, דער אייבערשטער זאל אייך העלפן עס זאל קומען קינדער נאטורליך.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים? יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים, וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער? ער זאל געבן צדקה און פרייליך מאכן זיין ווייב; פאלג דעם רבי'ן וועסטו זוכה זיין צו גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#84 - ווי אזוי דערהאלט מען זיך ווען האט נאכנישט זוכה געווען צו קינדער?
התחזקות, רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ערשטנס א גרויסן יישר כח פאר די שטארקע דברי חיזוק כסדר.


איך האלט שוין אפאר יאר נאך די חתונה, און איך בין נאכנישט געהאלפן געווארן מיט קינדער, איך בין זיך שטארק מחזק מיט'ן רעדן צום אייבערשטן, און אזוי פרובירט מען אנצוגיין ווייטער און ווייטער, אבער יעדע שטיק צייט קומט אן פרישע אנטוישונגען וואס לעשט מיר אויס אינגאנצן, איך ווייס נישט ווי אזוי זיך צו באגיין ווען ס'קומט א שווערע מינוט, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן חיזוק און עצות אויף דעם?


א גרויסן יישר כח, משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג נישט צו ווערן אנגעצויגן און נערוועז וכו', ווייל דאס אליינס איז מונע צו האבן קינדער. דער אייבערשטער וועט ענק העלפן איר וועט זוכה זיין בקרוב צו זרע של קיימא.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן ח'): "הֵ"א הַנַּעֲשָׂה מִכֶּסֶף מְסֻגָּל לִפְרִיָּה וּרְבִיָּה", א זילבערנע ה"א איז א סגולה פאר קינדער; היינט קען מען דאס באקומען ביי די זילבער געשעפטן. מען טוט דאס אן מיט א קייטל אויפן האלז און דאס איז א סגולה פאר קינדער, אזוי ווי עס שטייט (בראשית מז, כג): "הֵא לָכֶם זֶרַע".


דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך און פרייליך מאכן אין שטוב, דאס וועט דיר ברענגען קינדער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן  (בבא בתרא י:): מַּה יַעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיוּ לוֹ בָּנִים זְכָרִים? רַבִּי אֱלִיעֶזֶר אוֹמֵר: ""יְפַזֵר מָעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ אוֹמֵר: "יְשַׂמַּח אִשְׁתּוֹ לִדְבַר מִצְוָה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#83 - ווי אזוי קען איך זיך מחזק זיין נאכ'ן פארלירן א קינד ל"ע?
קינדער, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד מו"ר הגאון הראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, איך האב שוין חתונה געהאט פאר 6 יאר, און איך האב ב"ה 2 קינדער בלי עין הרע כן ירבו.


איין יאר ל"ג בעומר אין מירון האב איך באקומען א סידי מיט אייערע הייליגע ניגונים, און אזוי בין איך אנגעקומען אויך צו הערן אייערע שיעורים, און דאס האט מיר ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן, די ווערטער זענען מיר מחזק ממש כמים קרים על נפש עייפה. נאך אסאך נסיונות און שוועריקייטן וואס איך בין דורכגעגאנגען, און איך גיי נאכאלץ דורך, איז נישטא נאך א זאך וואס איז מיר אזוי מחזק ווי די הייליגע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


לעצטנס בין איך דורכגעגאנגען נאך א שוועריקייטן רחמנא ליצלן. מיט מיין צווייטע אינגל איז אויך געבוירן געווארן א צווילינג מיידל, זי האט געהאט קאמפליקאציעס גלייך ביים געבוירן ווערן, איך האב געגעבן א גרויסע קידוש אום שבת און איר געגעבן א נאמען, אבער שבת נאכמיטאג איז זי ליידער אוועק ל"ע, זעקס שעה נאכ'ן געבן דעם נאמען, און דריי און האלב טעג נאכ'ן געבוירן ווערן.


ס'איז מיר געווען גאר שווער צו הערן די ביטערע בשורה מוצאי שבת, מיר פרובירן זיך מחזק זיין און זיך דערהאלטן, אבער ס'קומט נישט אן גרינג, אפשר קענט איר מיר אביסל מחזק זיין.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן די שרעקליכע בשורה; המקום ינחם אתכם, דער אייבערשטער זאל ענק טרייסטן, אייך מיט אייער ווייב תחי', איר זאלט נישט וויסן מער פון קיין צער.


דער אר"י הקדוש זאגט אז דער שם הוי"ה בהכאה באטרעפט מקו"ם. דאס הייסט: י' פעם י', ה' פעם ה', ו' פעם ו', ה' פעם ה', באטרעפט מקו"ם; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס מסביר אזוי: "הוי"ה בהכאה", דאס הייסט, ווען א מענטש כאפט קלעפ, דארף ער וויסן אז אלע קלעפ קומט פונעם אייבערשטן. אויב מען ווייסט אז הוי"ה -  דער אייבערשטער, בהכאה - ער שלאגט מיר, דעמאלט איז "עולה מקום" בלייב איך שטיין אויף מיין פלאץ, איך גיי נישט אוועק פון די אמונה, ווייל עס וועט גארנישט ניצן.


דערפאר - זאגט מוהרא"ש - ניצט מען דעם לשון 'המקו"ם ינחם אתכם' ווען מען איז מנחם אבל, ווייל מען זאגט פארן מענטש: "געדענק, "המקו"ם" ינחם אתכם, אלע קלעפ וואס גייט אריבער קומט פונעם אייבערשטן".


מיר ווייסן גארנישט, מיר דארפן נאר איין זאך חזר'ן - די הייליגע אמונה; מיר דארפן חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", עס איז נישט דא וואס צו זאגן עס איז נישט דא וואס צו פארשטיין, א איד ווייסט אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט בצדק ובמשפט בחסד וברחמים. ווען א מענטש האט אמונה, ער גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער און קיינער קען אים גארנישט טון - נישט קיין גוטס און זיכער נישט קיין שלעכטס, דעמאלט איז דער מענטש גליקליך און פרייליך.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד): ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז פאר זיין טובה וועגן, דער מענטש לעבט שוין אין גן עדן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים נ.): "'בַּיּוֹם הַהוּא יִהְיֶה ה' אֶחָד וּשְׁמוֹ אֶחָד', פרעגן חז"ל, יעצט איז נישט ה' אחד ושמו אחד?! נאר יעצט ווען עס גייט גוט פאר א מענטש, זאגט ער הטוב והמטיב און חס ושלום ווען עס גייט נישט גוט פאר א מענטש זאגט ער דיין האמת, אבער לעתיד לבא וועט מען אויף אלעס זאגן הטוב והמיטב"; דערפאר, ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס פאסירט מיט אים איז דער אייבערשטער, דעמאלט לעבט ער אין עולם הבא.


דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיך און שטארק דיין ווייב תחי'; אפילו עס איז דיר ביטער וכו' וכו' האב נישט קיין קשיות אויף דאס וואס דו גייסט אריבער. געדענק אז (תהלים קמה, יז): "צַדִּיק ה' בְּכָל דְּרָכָיו, וְחָסִיד בְּכָל מַעֲשָׂיו", און (שם, ט): "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער איז גוט צו יעדן איינעם; איי איך זע עס נישט, איי איך פארשטיי עס נישט - דארף איך האבן אמונה אז אלעס איז לטובה און דאס אז איך זע עס נישט און פארשטיי עס נישט - דאס איז אויך פאר מיין טובה.


זיי זיך מחזק מיט דיין יונגעלע, און זע צו מחזק צו זיין דיין ווייב ווייל זי דארף נאך מער חיזוק פון דיר.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן דו זאלסט נישט וויסן מער פון קיין צער.

#82 - אויב וויינען האט נישט געהאלפן, ווי אזוי וועלן פשוטע תפלות העלפן?
קינדער, תפילה והתבודדות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר די טייערע שיעורים וואס זענען ממש כמים קרים על נפש עייפה.


איך זע נאכאלץ נישט קיין גאנצע ישועה מיט מיין זון וואס האט ליידער אוועק געגליטשט, כאטש וואס איך לערן מיט אים אויפ'ן טעלעפאן יעדן טאג משניות, ווייס איך האב אבער נישט וואו ער האלט מיט זיין אידישקייט און מיט'ן היטן שבת.


אמאל פלעג איך זייער אסאך וויינען צום אייבערשטן איבער דעם, מיינע אויגן פלעגן ממש וויי טון פון אזויפיל וויינען, אבער יעצט האב איך מער נישט קיין כח צו וויינען, איך בעט טאקע אסאך דעם אייבערשטן, אבער אן קיין וויינען.


און איך טראכט צו זיך אז אויב האבן די שטורעמישע תפלות מיט גרויס געוויין נישט געקענט אויפטון און ברענגען די גאנצע ישועה, ווי אזוי וועלן די פשוטע תפלות יא העלפן?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ב שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קיב): "וְהַמַּשְׂכִּיל הַמֵּבִין יֵשׁ לוֹ לְהִתְפַּלֵּל כָּל יָמָיו שֶׁיִּזְכֶּה פַּעַם אֶחָד כָּל יְמֵי חַיָּיו לְדַבֵּר דִּבּוּר אֶחָד שֶׁל אֱמֶת לִפְנֵי ה' כָּרָאוּי", א מענטש דארף א גאנץ לעבן בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו מתפלל זיין כאטש איין אמת'ע תפילה אין זיין לעבן; אבער דער רבי זאגט נישט א סימן מען זאל וויסן ווען מען איז זוכה צו די אמת'ע תפילה.


קיינער ווייסט נישט ווען די אמת'ע תפילה קומט ארויס פונעם מענטש; א מענטש מיינט אז ווען מען גיסט זיך אויס דאס הארץ וכו' איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן, אבער ווען מען איז פארמאכט און מען קען אפילו נישט וויינען, קוים וואס מען קען ארויס זאגן א ווארט, דאס איז נישט חשוב. עס איז נישט אזוי; אמאל קען זיין אז דוקא ווען דער מענטש איז אזוי צעקלאפט וכו', ער דאווענט און בעט דעם אייבערשטן טרוקענערהייט וכו', דעמאלט קומט ארויס פון אים א דיבור אמת.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צה): ווען א מענטש דאווענט צום אייבערשטן זאל ער נישט טראכטן: 'ווען גיי איך שוין אביסל וויינען?' 'ווען גיי איך קענען בעטן מיט טרערן?' ווייל דאס אליינס איז מחשבות זרות; נאר ווען מען דאווענט דארף מען טראכטן פון וואס מען זאגט און נישט וועלן גארנישט אפעס אנדערש. חוץ פון דעם זאגט דער רבי, אז אויב מען ווארט צו וויינען וועט מען ביידע נישט האבן – נישט דאס וויינען און נישט דאס דאווענען.


דערפאר זאלסטו זיך נישט מבלבל זיין צי דו וויינסט יא, צי דו וויינסט נישט; דו זאלסט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיין קינד ער זאל תשובה טון. קוק נישט אויף די אלע מחשבות וכו' וואס דאס קומט פונעם יצר הרע. דער יצר הרע האט זייער מורא פון תפילה, דערפאר זוכט ער צו מבלבל זיין דעם מענטש מיט אלע סארט קאפ דרייענישן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.