שאלה אין קורצן ענין
#12 - איז א פראבלעם צו געבן א קוש פאר א קינד?
חינוך הילדים, קינדער, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אסאך מאל ביי די שיעורים אז מ'זאל נישט שלאגן און נישט קושן די קינדער. וואס מיינט דאס? איז א פראבלעם צו געבן א קוש פאר א קינד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט איך זאג דאס, דער רבי זאגט דאס; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נט): "מְסֻגָּל יוֹתֵר לַבָּנִים לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם", עס איז בעסער פאר די קינדער נישט צו זיין מיט זיי, "לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם", נישט זיין צוגעקלעבט צו זיי צו שטארק, "לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם", זיך האלטן אין איין שפילן מיט זיי, "רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל", נאר מען לאזט די קינדער אויפוואקסן, מען לויפט זיי נישט נאך.


נאך האט דער רבי געזאגט: "א קינד קושט מען נישט און א קינד שלאגט מען נישט"; דאס מיינט נישט צו זאגן מען זאל נישט געבן א קוש פאר'ן קינד, מען מיינט צו זאגן מען זאל נישט זיין צוגעקלעבט צו די קינדער. ווייל ווי מער מען איז צוגעקלעבט צום קינד און מען צערטלט אים, מען קושט אים און מען האלדזט אים, נאכדעם ווען דער קינד איז לעבעדיג און שפרינגעדיג וכו' וכו', שלאגט מען אים.


קינדער דארפן וויסן אז טאטע מאמע זענען נישט זייער חבר, זיי דארפן קוקן אויף די עלטערן מיט כבוד און ערע, וואס געווענליך די עלטערן וואס שפילן זיך טאג און נאכט מיט די קינדער - זיי וואקסן אויף מחוצפים, זיי פאלגן נישט די עלטערן; זיי שפירן זיך צו שטארקע היימיש, א ווארט פון טאטע מאמע איז בכלל נישט קיין ווארט.


עלטערן טארן נישט מורא האבן צו זאגן פאר די קינדער וואס צו טון, מען ווערט נישט א גוטע טאטע, א גוטע מאמע - ווען מען לאזט די קינדער טון וואס זיי ווילן; אך און וויי פאר קינדער וואס די עלטערן זענען זיי נישט מחנך, וועלן זיי אלע ארויסגיין לתרבות רעה. גוטע עלטערן זענען מחנך די קינדער, זיי געבן אכטונג אויף די קינדער זיי זאלן זיך פירן ערליך און גוט.


מיט אלע עצות און אלע חכמות - דארף מען האבן תפילה; אן בעטן דעם אייבערשטן האט מען נישט קיין הצלחה. מען דארף אסאך דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


מוהרא"ש דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער חפץ חיים גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד, זאגנדיג: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - זאל איך שיקן מיינע קינדער צו מיין מאמע אויף סעודות?
כיבוד אב ואם, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאמע וויל זייער אז מיינע קינדער זאל קומען צו איר עסן א סעודה, זי פרעגט כסדר ווען זיי וועלן קומען, איך ווייס אבער נישט וואס צו זאגן, ווייל דארט איז נישט קיין געזונטע שטוב, זי איז א פרוי אליין, דעפרעסט און מיט אה.סי.די (OCD), די עסן איז ווייט פון פריש, און אזוי ווייטער.


איך מיין אז ס'איז נישט געזונט פאר די קינדער צו זיין דארט. ווי אזוי דריי איך זיך ארויס שיינערהייט? אדער אפשר האלט דער ראש ישיבה אז איך זאל זיי יא אהינשיקן טראץ די מצב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁלֹשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בְּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאָבִיו וְאִמּוֹ", דריי שותפים זענען דא ביי יעדן איינעם, דער אייבערשטער מיט טאטע און מאמע, "בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ", ווען א מענטש איז מכבד טאטע מאמע, "אֹמֵר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", זאגט דער אייבערשטער, "מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִבְּדוּנִי", איך רעכן עס כאילו מען איז מיר אליינס מכבד; אזוי שטארק חשוב איז די מצוה.


שיקט אייערע קינדער צו אייער מאמע, זייט מחי' אייער מאמע; זי איז עלנד, איינער אליין, לאזט איר האבן אביסל נחת. ווילאנג עס איז נישט קיין סכנה פאר זיי זאלט איר זיי שיקן, עס וועט נישט שאטן פאר די קינדער אז זיי וועלן עסן אלטע עסן, אז איר וועט מחי' זיין אייער מאמע וועט איר זיך איינקויפן עולם הבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - וואס טוט מען מיט א קליין קינד וואס רעדט נישט געהעריג?
רפואה, קינדער, תפילה והתבודדות, נסים, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר דארפן אן עצה און א ברכה פאר אונזער דריי יעריג קינד, ער זאל קענען רעדן געהעריג. ער קען ברוך ה' זאגן ווערטער, אבער ער קען נישט צוזאמשטעלן קיין זאצן.


מיר ווילן אים יעצט נעמען צו איינעם וואס קען העלפן קינדער מיט די פראבלעמען, און מיר דארפן א ברכה און אן עצה ווי אזוי צו גיין ווייטער מיט דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט אכטונג נישט אריינצוגיין אין א לחץ און זיכער נישט לייגן לחץ אויפ'ן קינד; צוביסליך וועט ער רעדן בעסער און בעסער, דער עיקר זאלט איר אכטונג געבן נישט האבן קיין פרעשור פון דעם.


בעטס דעם אייבערשטן אויף דעם וועט איר זען גרויסע ניסים. מיר געפונען אין די תורה, משה רבינו האט נישט געוואלט גיין צו פרעה ווייל ער האט נישט געקענט גוט רעדן, האט אים דער אייבערשטער געזאגט (שמות ד, יא): "מִי שָׂם פֶּה לָאָדָם", ווער האט באשאפן די מויל צו רעדן? "אוֹ מִי יָשׂוּם אִלֵּם אוֹ חֵרֵשׁ אוֹ פִקֵּחַ אוֹ עִוֵּר", ווער מאכט דעם מענטש שטום אדער טויב אדער בלינד? "הֲלֹא אָנֹכִי ה'", נאר איך דער אייבערשטער; אז איר וועט בעטן דעם אייבערשטן וועט איר זען גרויסע ניסים.


פארלירט אייך נישט, ברענגט אריין שמחה אין שטוב; טאנצט און שפרינגט מיט די קינדער, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, וועט איר זען גרויסע ניסים.

#9 - ווי אזוי איז מען מקרב די ווייב און קינדער צום הייליגן רבי'ן?
שלום בית, סבלנות, קינדער, חסידות ברסלב, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ובפרט פאר די שיעורים וואס דער ראש ישיבה רעדט צו פרישע מקורבים אז זיי זאלן נישט שלעפן די ווייב צום רבי'ן מיט געוואלד, נאר מ'זאל האבן סבלנות צו ארבעטן שטייטערהייט, דאס האט מיר געגעבן זייער אסאך חיזוק, איך האב עס איבערגעהערט עטליכע מאל, ווייל איך בין א פרישער מקורב, און איך וויל זייער שטארק אז מיין ווייב זאל אויך מקורב ווערן, און איך זע אליין אז עס גייט נישט מיט געוואלד.


איך האב געוואלט בעטן דעם ראש ישיבה אויב ער קען מער רעדן אדער שרייבן פון דעם, ווייל איך שטעל זיך פאר אז אסאך פרישע מקורבים האבן דעם זעלבן פראבלעם, ווייל ווען מ'ווערט געוואויר פון הייליגן רבי'ן, שפירט מען אזא זיסקייט ממש א גן עדן, און מען באקומט אזא ברען און פלאקער און מען וויל אז די ווייב און קינדער זאלן אויך אויסהערן די שיעורים און לעבן מיט די עצות, אבער עס גייט נישט אזוי שנעל און גרינג, און מען ווערט דערפון זייער צובראכן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען וויל אריין ברענגען אין שטוב דעם רבי'ן, אז די ווייב זאל אויך האבן א געפיל אין רבי'ן - דארף מען דאס טון מיט גרויס חכמה. מען קען דאס נישט טון מיט געוואלד; אז מען גייט מיט כח פאסירט נאר דאס פארקערטע, עס ווערט אן אומאנגענעמליכקייט אין שטוב.


דער ריכטיגער וועג איז, מען זאל אריין נעמען דעם רבי'ן אין זיך אליינס, מען זאל לעבן מיט די עצות; דעמאלט וועלן אלע מקורב ווערן, אלע וועלן זאגן: "קוקט ווי שיין א ברסלב'ער חסיד פירט זיך אויף", דאס וועט ברענגען אז אלע זאלן וועלן ווערן ברסלב'ער חסידים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ", זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; אויף איינעם וואס פירט זיך ערליך זאגט מען: קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


עס איז א טעות פון אינגעלייט - פרישע מקורבים אז גלייך ווען זיי ווערן מקורב גייען זיי מיט כח צו די ווייב איר צו שלעפן צום רבי'ן; קוים וואס זיי זענען מקורב, זיי אליינס האבן נאך א שיינע וועג צו גיין - ווילן זיי שוין אז די ווייב זאל קומען צום רבי'ן. פון דעם ווערט אסאך מחלוקת און שטיבער צעפאלן, דער ריכטיגער וועג איז, מען זאל אריין נעמען דעם רבי'ן אין זיך, מען זאל אנהייבן לעבן מיט די עצות, דעמאלט זעט די ווייב ווי שיין ער פירט זיך און ווי שיין ער לעבט - דאן קומט זי אליינס, זי ווערט נאכגעשלעפט נאך אים.


מוהרא"ש זאגט אויף דעם וואס די וועלט זאגט: "פארוואס בלאזט דער שופר אזוי גוט ראש השנה? ווייל עס ליגט א גאנץ יאר אין ארון הקודש", זאגט מוהרא"ש: "אז מען וויל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה ווענדט זיך עס ווי אזוי מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר; אז די ווייב זעט א גאנץ יאר ווי שיין מען פירט זיך, זי זעט וואס א ברסלב'ער חסיד איז, מען לערנט יעדן טאג תורה, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן - דאן וועט זי נישט מעכב זיין פון פארן קיין אומאן", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיז:): "בלאזן שופר איז א חכמה - נישט קיין מלאכה", עס גייט נישט מיט כח, עס דארף גיין מיט חכמה; אז מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר אזוי ווי עס דארף צו זיין, דער שופר ליגט אין ארון קודש, דעמאלט דארף מען נישט קיין כח צו בלאזן דערמיט, עס איז נישט קיין שווערע ארבעט, עס געשעט אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - וואס טו איך אז מיין מאן איז נאר פארנומען צו הערן נייעס?
שלום בית, קינדער, תפילה והתבודדות, אמונה, קשיות, נייעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן זייער הנאה פון אייערע שיינע שיעורים, דאס געבט אונז אסאך חיזוק, א גרויסן יישר כח.


איך האב ב"ה א וואוילער מאן, אבער לעצטנס שטערט מיר זייער שטארק אז ער הערט אסאך נייעס אסאך צייט אין טאג. איך האב נישט קיין צייט צו רעדן צו אים, איך שפיר אז ער איז מער אינטערעסירט אין די נייעס ווי אין מיר, און דאס נעמט מיר די אפעטיט פון זיך צו רייניגן און זיך מאכן גרייט פאר אים. וואס קען איך טון?


צווייטנס וויל איך פרעגן, איך שפיר אז דער אייבערשטער וויל עפעס פון מיר, איך ווייס אבער נישט וואס. ווי אזוי קען וויסן וואס דער אייבערשטער וויל איך זאל פאררעכטן?


דריטנס, מיר האלטן שוין א שיינע פאר יאר נאך די חתונה און מיר האבן נאכנישט זוכה געווען צו קינדער, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן, און ווי אזוי קען איך זוכה זיין צו האבן קינדער?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט געפערליך אז אייער מאן וויל הערן אביסל נייעס; דאס מיינט נישט אז ער איז נישט אינטערעסירט אין אייך, מען מעג הערן אביסל נייעס זיך אויסצולופטערן.


איר דארפט פארשטיין אז פונקט ווי איר זענט צעבראכן אז איר האט נאך נישט קיין קינדער, אזוי איז אייער מאן נאך מער צעבראכן; ער האט צוויי דאגות: איין דאגה וועגן קינדער און נאך א דאגה ווי אזוי ער קען אייך פרייליך מאכן, עס איז זייער שווער פאר א מאן צו זען זיין ווייב צעבראכן און דערשלאגן, דעריבער וויל ער זיך אביסל אויסבלאזן די נערוון, דערפאר הערט ער צו צו די נייעס.


דעריבער בעט איך אייך זייער שטארק, עס זאל אייך נישט שטערן אז אייער מאן וויל אביסל הערן נייעס וכו'; אז ער הערט די נייעס מיינט נאך נישט אז ער איז נישט אינטערעסירט אין אייך.


חס ושלום צו טראכטן אזעלכע מחשבות פון זיך נישט רייניגן וכו', דאס איז א גרויסע עבירה; אויב מען רייניגט זיך נישט אין צייט באקומט מען א גרויסע עונש, אפגערעדט אז דאס איז נישט שכל'דיג, דאס מאכט נאר ערגער; מען קען נישט פועל'ן מיט דעם וועג.


אויף די צווייטע פראגע, 'וואס דער אייבערשטער וויל פון אייך'; דער אייבערשטער וויל אז איר זאלט זיך מבטל זיין צו אים, איר זאלט אים גלייבן און איר זאלט אים געטרויען. אונזער ארבעט אויף די וועלט איז צו גלייבן אינעם אייבערשטן אז ער טוט אלעס און ער מאכט אלעס, אז אלעס וואס פאסירט איז פון אים און אלעס איז מיט א ריכטיגקייט, אזוי אויך אז מיר זאלן איינערקענען דעם אייבערשטן, מיר זאלן גלייבן אז אלעס וואס ער טוט איז גוט.


בנוגע קינדער וכו'; בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף אייער שפראך ער זאל רחמנות האבן אויף אייך איר זאלט זוכה זיין צו קינדער, דורכדעם וועט איר זוכה זיין בקרוב צו האבן קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - ווי אזוי האט מען כח צו אזויפיל קינדער?
חינוך הילדים, רפואה, קינדער, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה אויף מיין לעבן. איך האב ברוך ה' זוכה געווען אויך מקרב צו זיין צענדליגע אינגעלייט צום ראש ישיבה שליט"א און זיי הערן מיר נישט אויף צו דאנקען.


מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן, און איך שעפ נחת פון מיינע ליכטיגע קליינע קינדער וואס לעבן מיט אמונה און רעדן צום אייבערשטן, אלעס אין זכות פונעם ראש ישיבה.


איך האב געוואלט פרעגן איבער האבן אסאך קינדער. איך האלט יעצט זעקס יאר נאך מיין חתונה, און איך האב ברוך ה' פיר קינדערלעך, ס'איז מיר אבער זייער שווער, איך קען זיך קוים אן עצה געבן מיט זיי, צווישן מיין ארבעט וואס איך ארבעט ממש טאג און נאכט.


מיין ווייב זאגט אז זי האט גענוג כח צו האבן נאך קינדער, דער פאקט איז אבער אז הערט נישט אויף צו שרייען אויף די קינדער א גאנצן טאג. איך פארשטיי אז דער אייבערשטער וויל מ'זאל האבן קינדער, אבער איך דארף גרויס חיזוק אויף דעם. ובפרט אז איך האב לעצטנס געהאט די פערטע קינד, בשעת מיינע חברים האבן ווייניגער, און ס'שפירט זיך נישט אזוי אנגענעם.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר קענען ענטפערן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר; איך בענק זיך זייער צו קומען קיין ארץ ישראל, שוין א לאנגע צייט וואס איך וויל גיין אבער מען האט פארמאכט די גרעניץ - אין יוצא ואין בא, מען קען נישט גיין און קומען. מיר ווארטן יעדן טאג עס זאל זיך עפענען די גרעניצן און מיר זאלן קענען גיין קיין ארץ ישראל.


אז דיין ווייב האט כח, זי איז געזונט און שטארק - זאלסטו נישט זוכן קיין היתרים וכו'; גדולי הרבנים געבן היתרים וכו' ווען מען זעט ביי די פרוי אז זי האט נישט די כוחות וכו', נאר דעמאלט איז מען מתיר.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א געזונטע ווייב וואס וויל מגדל זיין א שטוב מיט קינדער; בוי איר אויף, געב איר חיזוק זי זאל האבן מער כח פאר די קינדער.


קוק נישט אויף קיין חברים און אויף אנדערע משפחות, מעסט נישט דיין לעבן מיט דיינע קינדער, וויפיל קינדער וכו' - לויט דיינע חברים; וואס ווייסטו וואס עס טוט זיך אפ ביי יענעם אין שטוב? עס קען זיך דאכטן אז ביי יענעם איז גאלד ווען באמת איז יענער שטילערהייט א גרויסער רחמנות.


דאס וואס דו שרייבסט אז דיין ווייב שרייט אסאך אויף די קינדער; דאס האט נישט צוטון וויפיל קינדער מען האט, דאס איז א נאטור פון עלטערן, מען מיינט אז מען מוז שרייען אויף קינדער; אז דו וועסט איר מחזק זיין, דו וועסט איר העלפן אין שטוב - וועט זי מיט די צייט ווייניגער שרייען.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; די גרעסטע חסד איז ווען מען איז מחזק די ווייב און קינדער.


אז איך וועל זיין אין ארץ ישראל וויל איך קומען צו דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - מיט א גרויסע משפחה מוז מען האבן א שווער לעבן?
חיזוק פאר פרויען, קינדער, אמונה, צרות, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיינע עלטערן האבן אויפגעשטעלט א גרויסע משפחה ברוך ה', אלע זענען גוטע און ערליכע, און בויען שיינע שטיבער, אויסער איינער וואס איז נעבעך אראפ פון וועג.


מיין מאמע האט באמת אסאך אסאך נחת, אבער זי ענדיגט נישט האבן דאגות פון יעדעס קינד באזונדער; איינער וואס וואוינט אין א פלאץ וואס איז מער מאדערן, און כאטש די קינדער זענען נאך קליין דאגה'ט זי. א צווייטע האט פראבלעמען אין פרנסה. א דריטע דאגה'ט זי אויף אן אייניקל וואס האט פראבלעמען, און אזוי ווייטער די רשימה איז לאנג, זי האט נישט קיין איין טאג מנוחה.


זי געבט אוועק אסאך כח און צייט צו העלפן יעדן, אלע קינדער קומען זיך דורכרעדן מיט איר, זיך אויסרעדן און אויסגיסן דאס הארץ, זי איז אסאך מתפלל אויף יעדן. אבער איך זע אז ס'איז איר זייער שווער.


איך טראכט צו זיך, אויב אזוי דארף טאקע זיין. אזוי דארף אויסקוקן א אידישע מאמע?! וואס מער קינדער אלץ מער דאגות, אלץ ווייניגער מנוחה? עס זעט אויס אז ס'ענדיגט זיך קיינמאל נישט, אז ביז 120 וועט אזוי אויסזען איר לעבן, און עס וועט נאר ווערן שווערער, ווייל עס קומען נאך איידעמער, נאך אייניקלעך, אלע וואקסן ב"ה, און אזוי ווייטער.


מיין שאלה איז אזוי, איז דא א וועג וואס איך קען איר ארויסהעלפן? און צווייטנס אויב אזוי וועט זיין אויך ביי מיר? אזוי זעט אויס די לעבן פון א מאמע וואס האט אסאך קינדער?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט א שטארקע שאלה, א וויכטיגע שאלה; א שאלה וואס אלע האבן.


דער ענטפער איז: "עס ווענדט זיך אינעם מענטש אליין"; ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך אמונה, ער לעבט מיט אמונה; ער ווייסט אז דער אייבערשטער אליין פירט די וועלט, אלעס וואס פאסירט, אלעס וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש איז פונעם אייבערשטן - דעמאלט איז דער לעבן זיס און שיין, דעמאלט איז נישט קיין חילוק וויפיל קינדער מען האט; מען ווייסט אז ווי מער קינדער מען האט אלץ מער נחת רוח מאכט מען פאר'ן אייבערשטן, מען ווערט נישט אויס און מען ווערט נישט צעפאלן ווען עס גייט נישט פונקט ווי מען האט זיך אויסגע'משל'ט.


דער אייבערשטער זאל אפהיטן, אויב מען נעמט ארויס די אמונה, מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען קוקט אויפ'ן לעבן אז זאכן פאסירן פון זיך אליין חס ושלום, דעמאלט עסט מען זיך אויף פון יעדע זאך; מען ווערט פאר'דאגה'ט און פארשווארצט, מען ווערט אלט און שוואך, דעמאלט איז אויך נישט קיין חילוק וויפיל קינדער מען האט; מען איז באזארגט סיי מיט קינדער און סיי אן קינדער, סיי א אידישע מאמע און סיי ווער עס זאל נאר זיין.


אלעס ווענדט זיך ווי אזוי מען קוקט אויפ'ן לעבן; מען קען האבן די זעלבע לעבן, די זעלבע קינדער, די זעלבע איבערגייאכץ און מען איז נישט פאר'דאגה'ט, מען איז נישט פארשווארצט, מען האט הנאה יעדע סעקונדע פונעם לעבן.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אמאל געוויזן פאר זיינע תלמידים ווי ווייט אלעס ווענדט זיך אינעם מענטש; ער איז צוגעגאנגען צו יענקל וואסער טרעגער און אים געפרעגט: "וואס מאכסטו יענקל?" געבט ער א קרעכץ און זאגט: "וואס קען איך שוין מאכן? ביי די אכציג יאר דארף איך שלעפן שווערע עמערס וואסער, איך שלעפ דאס ארויף אפאר שטאק, ממש די רוקן ברעכט זיך מיר, די פיס האלטן מיר שוין כמעט נישט, פארוואס דארף איך אזוי שווער ארבעטן?!" דער הייליגער בעל שם טוב הערט אים אויס און גייט ווייטער מיט די תלמידים. א וואך שפעטער גייט דער בעל שם טוב זי"ע נאכאמאל מיט די תלמידים און זאגט זיי: "קומט וועל איך אייך ווייזן אז אלעס האט מיט'ן מענטש אליין, ווי אזוי ער נעמט אויף זיין לעבן", דער בעל שם טוב זי"ע גייט ווידער צו צום וואסער טרעגער יענקל און פרעגט אים: "יענקל וואס הערט מען עפעס? וואס מאכסטו?" זאגט ער: "רבי, ווי קען איך קרעכצן? מיין לעבן איז מיר אזוי שיין, דער אייבערשטער האט מיר געגעבן אזא גרינגע פרנסה, איך דארף גארנישט אינוועסטירן, איך שעפ אן וואסער ביים ברונעם אומזיסט און טראג דאס צו מענטשן און זיי צאלן מיר, אַה! - געבט ער א זאג - איך דאנק גאט פאר מיין זיסע לעבן", דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע הערט אים אויס און גייט ווייטער מיט די תלמידים, דערנאך האט ער זיי ערקלערט דאס פאלגנדע: "געבט א קוק, דאס איז דער זעלבער יענקל; צענדליגער יארן שלעפט ער די זעלבע שווערע עמערס וואסער, די זעלבע שטאקן דארף ער ארויפקריכן, אבער עס ווענדט זיך ווי אזוי ער נעמט דאס אן"; ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן איז מען פאר'דאגה'ט און מלא טענות, און ווען מען נעמט אריין די אמונה אין זיך, מען זוכט דאס גוטס, מען קוקט אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט - דאן איז מען פול מיט פרייד.


צדיקים טייטשן דאס וואס רש"י זאגט אויף שרה אמנו (בראשית כג, א): "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה", אז עס איז איר שטענדיג גוט געווען; זי האט געוואוסט אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, ביי איר איז געווען בַּת ק' כְּבַת כ', וּבַת כ' כְּבַת ז' - אלע אירע יארן איז איר גוט געווען, מיט אלע שווערע ביטערע נסיונות איז געווען: "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה".


שטארקטס אייך און שטארקטס אייער מאמע; רעדטס אסאך פונעם אייבערשטן וועט איר גרינגער מאכן פאר אייער מאמע זי זאל הנאה האבן פונעם לעבן, זי זאל אויסלעבן אירע יארן מיט נחת און פרייד.


בנוגע אייך וכו'; ווי מער איר וועט חזר'ן אין אייערע יונגע יארן אמונה, ווי מער איר וועט אריין נעמען אין זיך אמונה - וועט אייער לעבן זיין צוקערדיג און שיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - קען א מאמע בעטן דעם אייבערשטן אנשטאט איר קינד?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט די שיעורים, איך בין זיך זייער מחיה דערמיט, און כאטש וואס כ'פלעג אלץ רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז יעדע אידישע פרוי רעדט צום אייבערשטן אפילו מ'איז נישט קיין ברסלבער, אבער די שיעורים און דרשות געבן מיר פיל מער חיזוק זיך מער צו שטארקן צו בעטן דעם אייבערשטן.


מיין בחור לערנט אין א ישיבה, אבער ער מוטשעט זיך שטארק ברוחניות, ער פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, און פארשטייט זיך אז מיין הארץ בלוטיגט אויף דעם, איך וויין אסאך צום אייבערשטן און איך בעט אסאך דעם אייבערשטן.


מיין שאלה איז אזוי, דער בחור אליין שפירט נישט אז עפעס פעלט אים, ער מיינט אז ער וויל פשוט הנאה האבן אויף דער וועלט, און ער כאפט נישט ווי ער גייט אויפ'ן וועג אראפ צום שאול תחתית, און ער וועט נישט בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל זיך צוריק כאפן. איז די שאלה צי איך קען עס טון אנשטאט אים, אז איך זאל בעטן דעם אייבערשטן פאר אים אז ער זאל זיך צוריק שטעלן אויפ'ן ריכטיגן וועג, אפלאזן די אלע שלעכטע כלים וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט צו קוקן שלעכטע זאכן, ער זאל צוריק קומען צום אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין.


איז דאס די זעלבע זאך ווען איך בעט אנשטאט אים? וועט דאס העלפן די זעלבע ווי ווען ער אליין וואלט ווען געבעטן פאר זיך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איז בכלל די הוה אמינא צי עס העלפט תפילות פון א מאמע פאר אירע קינדער?! אלע גרויסע צדיקים וואס האבן באלאכטן די וועלט איז נאר ווייל זייערע מאמעס פלעגן וויינען צום אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן באשיינען די וועלט.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן אז אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים זי"ע גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד, און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


זאלט איר ווייטער ממשיך זיין מיט תפילות צום אייבערשטן אויף אלע קינדער וועט איר זען פיל נחת ביי אלע פון זיי, בפרט ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך; בעטס פאר אייך, פאר אייער מאן, פאר דעם קינד וואס פאלט וכו', פאר אלע אייערע קינדער און פאר אלע אידן. ביי די שבת ליכט איז א צייט וואס מען קען אויס'פועל'ן גרויסע ניסים.


רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד אָן דִי לִיכְט, אַזוֹי זָאל אָנְגֶעצִינְדְן וֶוערְן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּינְ'ס לִיכְט אִין אַלֶע אִידִישֶׁע הֶערְצֶער"; אזוי אויך זאלט איר בעטן ביי די ליכט: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶער אוֹיס מַיין גֶעבֶּעט, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט, בִּפְרַט מַיין זוּן הַבָּחוּר ..., הָאבּ רַחְמָנוּת אוֹיף אִים אוּן עֶפְן אִים זַיין הַארְץ עֶר זָאל נָאר דִיר וֶועלְן, עֶר זָאל אָפְּלָאזְן אַלֶע נַארִישְׁקֵייטְן, עֶר זָאל הָאבְּן רֵיינֶע אוֹיגְן אוּן נִישְׁט קוּקְן דִי אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע זַאכְן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד יֶעצְט אָן דִי שַׁבָּת לִיכְט זָאלְסְטוּ אִים לִיכְטִיג מַאכְן זַיין לֶעבְּן, עֶס זָאל אַרַיין גֵיין אִין אִים אַ רֵיינֶע גֵייסְט, אַ הֵיילִיגְקֵייט. מַאךְ אוּנְז לִיכְטִיג אוּנְזֶער לֶעבְּן אוּן מַאךְ לִיכְטִיג פַאר אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער; אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן דִיר אוּן אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן. צִינְד אָן ...'ס הַארְץ עֶר זָאל דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט אוּן צִינְד אָן דִי הֶערְצֶער פוּן מַיינֶע קִינְדֶער".


אז איר האט נישט קיין כח צו שטיין קענט איר זיך אראפזעצן און אז איר קענט נישט האלטן די הענט אויפן פנים פאר לאנג, קענט איר פשוט זיצן ביי די ליכט און רעדן צום אייבערשטן. בעטס און בעטס און שפארטס נישט קיין טרערן, ווייל יעדע טרער איז נאך א טראפ וואסער וואס וועט שפאלטן די הערצער פון אייערע קינדער.


אויך זאלט איר פרובירן מיט אלע כוחות צו קוקן גוט אויף אים; זוכטס אויף גוטע נקודות אויף אייער זון נרו יאיר און מאכט דערפון אן עסק, ווייל געווענליך זוכט מען אלץ חסרונות אינעם קינד. ווען מען זעט עפעס וואס דער קינד דארף פאררעכטן האלט מען פאר דעם קינד, אבער ווען דער קינד טוט גוטס דעמאלט זאגט מען גארנישט, דער וועג איז נישט קיין וועג; קלוגע עלטערן מאכן פון יעדע גוטע נקודה אן עסק.


אז איר וועט קוקן גוט אויף אים וועט איר אים צוריק ברענגען אינגאנצן צום אייבערשטן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פונעם אהבת ישראל זכותו יגן עלינו, אז ווען ער האט זיך אריין געצויגן קיין מארמאראש וואו עס האבן געוואוינט אידישע קינדער וואס זענען געווען זייער ווייט פונעם דרך התורה והמצוות, האט מען אים געפרעגט: "ווי אזוי וועט דער רבי קענען פועל'ן ביי די מארמאראשע אידן זיי זאלן תשובה טון, זיי זאלן זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין?" האט זיי דער אהבת ישראל געענטפערט: "איך וועל זיי אזוי ליב האבן, ביז זיי וועלן פאלגן וואס איך לערן זיי און וואס איך פארלאנג פון זיי"; זעט מען אז מיט ליבשאפט קען מען אלעס פועל'ן.


שטארקטס אייך אין תפילה, זייטס ממשיך מיט אייערע תפילות וועט איר זען גרויסע ניסים.

#4 - קינדער זענען נישט חברים מיט די עלטערן
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע קלארע שיעורים. איך הער עס אויס יעדע נאכט, און עס געבט מיר אמת'ע חיזוק און חשק פאר'ן קומענדיגן טאג. דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן סימן נ"ט) אז ס'איז א סגולה פאר קינדער אז מען זאל נישט צופיל שפילן מיט זיי, איך האב געוואלט פארשטיין פשט אין דעם, און ווי אזוי דאס ארבעט.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר פרעגט פשט אין די ווערטער וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נט): "מְסֻגָּל יוֹתֵר לַבָּנִים לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם, לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם, רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל", עס איז א סגולה פאר די קינדער מען זאל זיך נישט צו סאך שפילן מיט זיי און זיי נישט צערטלען; איר ווילט דאס פארשטיין.


וויסן זאלט איר אז קינדער נוצן אויס די שוואכקייט פון די עלטערן; היות עלטערן האבן זייער ליב זייערע קינדער און שפילן זיך מיט זיי וכו' דערפאר שפירן די קינדער ווי די עלטערן זענען זייערע חברים, דאס ברענגט אז זיי זאלן טאנצן און שפרינגען אויף די עלטערנס קאפ און זיי נישט פאלגן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב.): "א לייב ברומט נישט ווען מען געבט אים צו עסן שטרוי, ער ברומט ווען ער עסט פלייש"; דער כלל זאלט איר גוט געדענקען: "ווי מער מען געבט פאר איינעם, אלץ מער שטויסט ער נאכדעם", ווי מער מען געבט פאר קינדער אלץ מער שטויסן זיי נאכדעם די עלטערן; דעריבער האט דער רבי געזאגט אז מען זאל זיך נישט צופיל שפילן מיט די קינדער ווייל דאס וועט מאכן אז זיי זאלן נישט אויפוואקסן וכו'.


עס איז זייער א שווערע שיחה מקיים צו זיין, ווייל ווער האט נאך אזוי ליב קינדער ווי זייערער עלטערן, דערפאר שפילט מען זיך מיט זיי וכו' וכו' און די קינדער נוצן דאס נאכדעם אויס. צום ביישפיל, ווען עס קומט צו לייגן שלאפן די קינדער קען מען זיי נישט לייגן שלאפן ווייל זיי פאלגן נישט וכו' און נאכדעם קען מען נישט אויפשטיין צייטליך.


נאך א שיחה איז דא פון רבי'ן: "א קינד קישט מען נישט און א קינד שלאגט מען נישט"; מוהרא"ש איז מסביר אז דאס גייט צוזאמען, ווי מער מען קישט - דאס הייסט מען שפילט זיך מיט די קינדער ווי חברים ווערן זיי מער צעווילדעוועט, זיי פאלגן נישט ווען מען רעדט צו זיי, ביז מען הייבט זיי אן צו שלאגן; אז מען וואלט נישט אנגעהויבן מיט קישן וואלט מען נישט געדארפט שלאגן.


אויב עלטערן ווילן מצליח זיין מיט זייערע קינדער דארפן זיי ווייזן פאר די קינדער אז זיי זענען נישט זייערע חברים; קינדער דארפן וויסן אז טאטע מאמע זענען נישט זייערע חברים. א ווארט פון טאטע איז א ווארט; "יא" איז "יא", און "ניין" איז "ניין".


פארשטייט זיך אז מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער, און עלטערן דארפן פארגיסן טרערן פאר די קינדער; קינדער זענען צוגעגליכנט צו ביימער, ווי מער מען באוואסערט זיי מיט תפילות אלץ שענער וועלן זיי וואקסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - זינדיגן שאדט פאר קינדער?
קדושה, רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן אין מיינע ביטערע נסיונות, וואס איך פאל אזויפיל דורך אין די הארבע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן. איך וויל וויסן אויב דאס קען שאטן פאר קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט אויב א מענטש זינדיגט - צי עס שאדט פאר די קינדער; דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען א מענטש זינדיגט 'במחשבה' וועט ער ליידן צרות פון זיינע קינדער; "ווען א מענטש זינדיגט 'בדיבור' וועט ער ליידן צרות פון זיין ווייב, און ווען א מענטש זינדיגט 'במעשה' וועט ער ליידן צרות פון מענטשן".


וויסן זאלסטו אז אלע צרות וואס מען ליידט קומט צוליב עבירות רחמנא לצלן; ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, באשאפט ער שלעכטע מלאכים וואס זיי לאזן אים נישט אפ, זיי באגלייטן אים זיין גאנץ לעבן ביז צום קבר. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קמא): "כְּשֶׁנִּפְטָר הָאָדָם, הֵם הוֹלְכִים אַחַר הַמִּטָּה", ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט דעמאלט קומען אלע קליפות און מזיקים וואס זענען באשאפן געווארן פון די עבירה און זיי באגלייטן דעם מענטש, "וּמְקוֹנְנִים עָלָיו, כְּמוֹ בָּנָיו מַמָּשׁ מִמִּין אָדָם", זיי קלאגן אויפן נפטר אזוי ווי די אייגענע קינדער, "רַחֲמָנָא לִצְלָן מֵעֳנָשִׁים הַלָּלוּ, כַּיָּדוּעַ", דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון אזעלכע שרעקליכע עונשים, עיין שם; אבער אז דער מענטש טוט תשובה אויף אלע זיינע שלעכטע מחשבות, שלעכטע רייד און שלעכטע מעשים דעמאלט וועט ער שוין מער נישט ליידן קיין צרות.


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי מיר קענען זיך אומקערן צום אייבערשטן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים. יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה ווייל ער האט נישט קיין התעוררות תשובה צו טון, און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט ווי אזוי מען טוט תשובה, ער טראכט צו זיך: 'וואס דארף איך טון איך זאל ווערן אן ערליכער איד?' און אפילו א מענטש האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס ער האט צו טון כדי צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין נישט ווערן צעבראכן ווען ער דערזעט זיך אז עס גייט אריבער די צייט און ער איז נאך נישט זוכה ארויסצוקריכן פון וואו ער ליגט וכו'; פירט דער רבי אויס: "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו מען האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט מען אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און מען באקומט די נויטיגע שטארקייט זיך צו דערהאלטן, ביז מען איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דעריבער פאלג דעם רבי'ן און זאג יעדן טאג תהילים, דורכדעם וועסטו זוכה זיין תשובה צו טון און פטור ווערן פון אלע עונשים קשים ומרים; דו וועסט נישט ליידן פון די קינדער, פון די ווייב און אויך נישט פון אנדערע מענטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - איך קען מען נישט בעטן דעם אייבערשטן אויף געזונטע קינדער, וואס טו איך?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט ווי איר דערציילט ביי א שיעור וועגן א פרוי וואס די דאקטורים האבן איר געזאגט אז זי גייט האבן א נישט געזונט קינד ל"ע, און זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט איר געהאלפן אז דאס קינד איז געווען געזונט און שטארק ברוך ה'.


מיט דריי יאר צוריק האבן די דאקטורים אויך מיר געזאגט אז איך גיי האבן א נישט געזונט קינד, פאר פינף חדשים האב איך געוויינט און געבעטן דעם אייבערשטן אז דאס קינד זאל זיין געזונט, איך האב געקענט גאנץ תהלים פון אויסווייניג, אבער למעשה איז געבוירן געווארן א נישט געזונט קינד, וואס איז אוועק נאך דריי חדשים. זייט דעמאלט קען איך ממש נישט עפענען א סידור, איך פרוביר צו בעטן דעם אייבערשטן מיט מיינע אייגענע ווערטער, איך קען אבער נישט דאווענען אין א סידור.


יעצט ווארט איך נאכאמאל א קינד ברוך ה', מיין מאן בעט מיר אז איך זאל דאווענען און מתפלל זיין, איך שפיר אבער אז איך בין פארמאכט און איך קען ממש נישט בעטן. אמאל אמאל זאג איך א תחינה ביי ליכט צינדען וכדומה, צומאל אויך מיט מיינע אייגענע ווערטער, איך שפיר אבער אז איך בין ממש פארשטאפט און איך קען נישט עפענען מיין מויל געהעריג צו בעטן דעם אייבערשטן. וואס טו איך?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער זאל אייך טרייסטן איר זאלט נישט וויסן מער פון קיין צער.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה פשוטה; נעמט אריין אין זיך אז אלעס איז דער אייבערשטער, און וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט. יעצט אז איר ווארט וכו' זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אז איר זאלט זוכה זיין צו א געזונט קינד.


מען טאר נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן; מיינט נישט אז אייערע תפילות זענען נישט אנגענומען געווארן, עס איז נישט דא אזא זאך, קיין איין תפילה ווערט נישט פארלוירן, דער אייבערשטער נעמט די אלע תפילות און ברענגט ישועות פארן מענטש אויף אן אנדערע אויפן ווי אזוי דער מענטש האט זיך פארגעשטעלט.


עס איז זייער שווער צו טרייסטן א מאמע ווען זי האט פארלוירן איר קינד, עס איז נישט דא אויף דעם קיין טרייסט ווערטער; דער נביא זאגט (ישעיהו מט, טו): "הֲתִשְׁכַּח אִשָּׁה עוּלָהּ מֵרַחֵם בֶּן בִּטְנָהּ?" קען דען א מאמע פארגעסן פון איר קינד? אבער איין זאך דארפן מיר וויסן: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט"; מיר דארפן איין זאך שטענדיג חזר'ן: "מיר ווייסן גארנישט"; דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און "אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא (דברים לב, ד)", אויסער דעם ווייסן מיר גארנישט.


מען זעט ביי דוד המלך (שמואל-ב, יב), ווען זיין זון איז קראנק געווארן האט ער געפאסט און זיך נישט געלייגט אין בעט שלאפן. ער איז געשלאפן אויף דער ערד, און וויפיל מען האט אים געוואלט טרייסטן האט ער זיך נישט געלאזט; ער האט נישט געוואלט מיט עסן מיט זיינע באדינער, ער האט געהאלטן אין איין דאווענען צום אייבערשטן אויף זיין קינד, און למעשה איז זיין קינד נעבעך געשטארבן.


ווען דער קינד איז געשטארבן האבן די באדינער מורא געהאט דאס צו דערציילן פארן קעניג, זיי האבן געטראכט: 'מה-דאך ווען דאס קינד האט געלעבט, ער איז נישט געזונט געווען האט דוד המלך זיך נישט געלאזט טרייסטן, וואס וועט שוין זיין יעצט ווען ער וועט הערן אז דאס קינד איז געשטארבן?!' ווען דוד המלך האט געזען ווי זיי שושקען זיך, האט ער זיי געפרעגט צי דער קינד לעבט נאך, האבן זיי אים געזאגט אז דער קינד איז געשטארבן, האט זיך דוד המלך גלייך אויסגעטון זיין זאק און ער האט זיך געזעצט אויף זיין שטיל און געבעטן מען זאל אים ברענגען עסן; זיינע קנעכט האבן דאס נישט פארשטאנען, זיי האבן אים געפרעגט: "מָה הַדָּבָר הַזֶּה אֲשֶׁר עָשִׂיתָה?" וואס גייט דא פאר, "בַּעֲבוּר הַיֶּלֶד חַי, צַמְתָּ וַתֵּבְךְּ, וְכַאֲשֶׁר מֵת הַיֶּלֶד, קַמְתָּ וַתֹּאכַל לָחֶם?" ווען דיין קינד איז געווען נישט געזונט און ער האט נאך געלעבט האסטו געפאסט און געוויינט, און יעצט ווען ער איז געשטארבן שטייסטו אויף פון דער ערד און דו עסט א סעודה?! האט זיי דוד המלך געענטפערט: "וַיֹּאמֶר: בְּעוֹד הַיֶּלֶד חַי, צַמְתִּי וָאֶבְכֶּה, כִּי אָמַרְתִּי מִי יוֹדֵעַ וְחַנַּנִי ה' וְחַי הַיָּלֶד, וְעַתָּה מֵת, לָמָּה זֶּה אֲנִי צָם הַאוּכַל לַהֲשִׁיבוֹ, עוֹד,  אֲנִי הֹלֵךְ אֵלָיו, וְהוּא לֹא יָשׁוּב אֵלָי", ווען מיין קינד האט נאך געלעבט, האב איך געטראכט אז איך וועל בעטן דעם אייבערשטן, אפשר וועט דער אייבערשטער מיר העלפן, אבער יעצט אז ער איז געשטארבן, ווייס איך אז עס איז א גזירה פונעם אייבערשטן, און איך קען אים שוין נישט צוריק ברענגען צו מיר.


שטארקט אייך און דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - איך ווארט א נישט געזונט קינד
רפואה, קינדער, פחדים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווארט יעצט א קינד, און די דאקטורים שרעקן מיר אן אז דאס איז נישט א געזונט קינד, איך בין ממש פארלוירן און איך ווייס נישט וואס צו טון, אפשר קענט איר מיר מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה', כ' ניסן, ג' דחול המועד, ערב שביעי של פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


על פי הלכה טאר מען נישט שרייבן חול המועד אבער ביי א דבר האבד מעג מען שרייבן.


אז איך ליין ווי איר שרייבט אז עס איז ביי אייך עק וועלט ווייל דער דאקטער זאגט אייך אן אז דאס קינד איז נישט געזונט און איר זענט פארלוירן, וועל איך אייך שרייבן אפאר ווערטער.


איין זאך בעט איך אייך: "פארלירט זיך נישט!" תפילה איז זייער א שטארקע זאך, אזוי ווייט אז עס איז קעגן די טבע, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵיב כָּך וְהַתְּפִלָּה מְשַׁנֶּה אֶת הַטֶּבַע", אפילו אז די טבע זאגט איין זאך, קומט תפילה און דרייט אלעס איבער; גלייבט אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס האט פאסירט ביז יעצט איז פאר אייער טובה, און בעטס אים אויף ווייטער; דורך תפילה וועט איר האבן א געזונט קינד.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורך זאגן נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער זאלט איר זאגן נעמען פון צדיקים. זאגט: "אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד, שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פייגא מברסלב, רבי נתן מברסלב" און נאך נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט, נאכדעם זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָּׁמַיִם, בִּזְכוּת וָואס אִיך הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים פַאר דִיר, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה אוּן מְסִירוּת נֶפֶשׁ וָואס זֵיי הָאבְּן זִיך מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאל אִיך זוֹכָה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גֶעזוּנְט קִינְד אוּן אַלֶעס זָאל אַרִיבֶּערְגֵיין גְרִינְגֶערְהֵייט. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת! אִיך בִּין זֵייעֶר דֶערְשְׁרָאקְן, דִי דָאקְטוֹרִים זָאגְן מִיר אַז דָאס קִינְד אִיז נִישְׁט גֶעזוּנְט, הֶעלְף מִיר אִיך זָאל הָאבְּן אַ גֶעזוּנְט קִינְד, הֶעלְף מִיר אַז אַלֶעס זָאל אַרִיבֶּער גֵיין בְּשָׁלוֹם. אִיך גְלֵייבּ אִין דִיר, אִיך גְלֵייבּ אַז דוּ פִירְסְט דִי וֶועלְט, הֶעלְף מִיר אִיך זָאל הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע קִינְדֶער, אָמֵן".


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס תפילה טוט – וואס תפילה טוט קען קיין שום זאך אויף דער וועלט נישט טוהן.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן כח; איר זאלט מיר מבשר זיין א גוטע בשורה בקרוב, אמן.


נאך יום טוב וועל איך אייך שרייבן מער באריכות אם ירצה ה'.