שאלה אין קורצן ענין
#51 - איז דא א פאל וואס מען דארף געבן ריטעלין פאר א קינד?
חינוך הילדים, רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב עס איז אמת אז דער ראש ישיבה שליט"א האלט אז מען טאר קיינמאל נישט געבן קיין ריטעלין פאר קיין איין קינד?


מיר האבן א קינד ביי אונז אין חדר וואס דארף עס האבן זייער וויכטיג, אן דעם קען ער זיך נישט באהערשן און מאכט שאדנס און פראבלעמען, זיינע עלטערן האבן אבער לעצטנס אויפגעהערט עס צו געבן, און זיי זאגן אז דער ראש ישיבה שליט"א האלט אז מען זאל עס נישט געבן, איז דאס ריכטיג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


   יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס וחלילה, מוהרא"ש שרייבט קלאר אז עס איז נישט געפערליך צו געבן פאר קינדער ריטעלין. איך זאג ביי אונז אין מוסד פאר די מלמדים און לערערינס אז דאס זאלן די עלטערן מחליט זיין, אויב זיי האלטן מען דארף געבן, און אז דאס קינד איז לעבעדיג - מיינט נאכנישט אז ער דארף דאס האבן, אבער אז דאס קינד קען נישט לעבן אן דעם - זאלן די עלטערן טון דאס בעסטע פארן קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#50 - מעג מען זיך אפגעבן מיט נישט געזונטע קינדער ווען מען ווארט א שמחה?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילות אויף אידיש, שמירת עינים, שמות הצדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין ווערטער צו באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר אלע חיזוק.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען מעג קוקן און זיך אפגעבן מיט נישט געזונטע קינדער, קינדער מיט דאון סינדראם לא עלינו, אין די צייט וואס מען ווארט א שמחה, אדער קען דאס שאטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו קוקן אויף די סארט קינדער, דער עיקר איז נישט קוקן אויף טמא'נע זאכן; הינט, קעץ, מאוויס וכדומה, אבער אויף די סארט קינדער וואס האבן הייליגע ריינע נשמות איז נישט קיין שום פראבלעם צו זיין מיט זיי.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן גרינג און מען זאל האבן ערליכע דורות, און זאגן שמות הצדיקים. מוהרא"ש שרייבט פאר אלע וואס פרעגן וואס מען זאל טון, וואס פאר א סגולה מען זאל מאכן צו האבן גרינג דאס קינד; מוהרא"ש זאגט מען זאל זאגן שמות הצדיקים און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים - זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע.


דעריבער איז גוט מען זאל זאגן כסדר די נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#49 - צוזאגן אין מירון צו געבן דעם נאמען שמעון, כדי געהאלפן צו ווערן?
שלום בית, סיפורי צדיקים, קינדער, משפחה, סגולות, קנאה, מירון, ל"ג בעומר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס דערנענטערט זיך דער הייליגער טאג ל"ג בעומר, און עס איז באקאנט א סגולה געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, אז מען זאל צוזאגן ביים ציון הקדוש אין מירון צו געבן דעם נאמען שמעון פאר'ן אינגל וואס מען וועט האבן.


שוין פארגאנגענע יאר האב איך דאס געוואלט טון, מיין ווייב האט אבער נישט מסכים געווען, זי שעמט זיך אז מען זען אז מיר זענען געווען אז אין לחץ געהאלפן צו ווערן. איינער האט מיר געזאגט אז איך זאל נאר צוזאגן צו מאכן די חאלאקע אין מירון, אבער עס איז שוין אריבער א יאר און מיר זענען נאכנישט געהאלפן געווארן.


יעצט בין איך נאך מער באזארגט, נאכדעם וואס מיינע יונגערע געשוויסטער האבן חתונה און אפשר וועלן זיי האבן קינדער פאר אונז.


זאל איך נאכאמאל ארויפברענגען דעם געדאנק צו טון די סגולה אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד .. נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


צוויי זאכן דארפסטו וויסן; איינס, האבן קינדער איז נישט קיין פארמעסט. אז א יונגערער אין די משפחה האט ערשט קינדער, אדער מער קינדער - איז דאס נישט א צרה און נישט קיין פארמעסט; קינדער איז א מתנה פונעם אייבערשטן און עס איז נאריש צו האלטן חשבון ווען מען האט, ווער עס האט ערשט, וויפיל קינדער מען האט און ווער עס האט מער קינדער; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן און ווארטן מיט געדולד ביז די ישועה קומט.


צווייטנס, מען קען פועל'ן ביי רבי שמעון בר יוחאי קינדער אפילו מען זאגט נישט צו אז מען וועט געבן א נאמען שמעון. בפרט ווען עס איז נוגע אין דיין שלום בית, דיין ווייב וויל נישט געבן שמעון, זי שעמט זיך וכו' - איז דאך זיכער אז דו זאלסט ענדערש זיך מקבל זיין ל"ג בעומר אין מירון אז דו וועסט לעבן בשלום מיט איר, דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב און זיך נישט קריגן; וועסטו מיט דעם פועל'ן קינדער.


די הייליגע חכמים דערציילן פונעם תנא רבי שמעון בר יוחאי (שיר השירים רבה א, לא), א פארפאלק זענען געקומען צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אז זיי ווילן זיך גט'ן, היות עס איז שוין איבער צען יאר וואס זיי האבן חתונה געהאט און זיי זענען נאכנישט נפקד געווארן מיט קינדער. האט זיי רבי שמעון בר יוחאי געזאגט זיי זאלן מאכן א סעודה פאר זיי גט'ן זיך. בשעת די סעודה, ווען דער מאן איז שוין געווען גוט בגילופין פון אפאר גלעזלעך וויין, האט ער צוגערופן זיין ווייב און איר געזאגט: "היות מיר האבן געהאט שיינע יארן צוזאמען און יעצט גייען מיר זיך גט'ן, וויל איך דיר געבן עפעס א טייערע זאך פון מיין פארמעגן, קלויב זיך אויס א טייערע חפץ פאר דיר און אזוי וועלן מיר זיך צעשיידן", האט זי אים געבעטן ער זאל איר געבן אביסל צייט צו טראכטן.


דער מאן האט ווייטער געטרינקען וויין, ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד טויט שיכור און איז איינגעשלאפן. האט די פרוי געבעטן די משרתים זיי זאלן אים אריינלייגן אין בעט און אים ברענגען צו אירע עלטערן אין שטוב, צומארגנס ווען ער האט זיך אויפגעוועקט און זיך ארומגעקוקט וואו ער איז - האט ער נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, האט זי אים געגעבן צו פארשטיין און אים געזאגט די ווערטער: "בשעת מיר האבן געמאכט די סעודה האסטו מיר געזאגט אז איך קען זיך אויסוועלן א גוטע חפץ פון דיין פארמעגן; איך האב נישט קיין בעסערע זאך אויף די וועלט ווי דיר, דו ביסט מיין בעסטע זאך!"


זענען זיי געגאנגען צו רבי שמעון בר יוחאי און אים דערציילט די גאנצע מעשה, האט רבי שמעון בר יוחאי זיי געזאגט: "אויב זי האט דיר אזוי ליב און זי וויל זיך נישט צעטיילן פון דיר, זאג איך אייך צו אז איבער א יאר וועט איר האבן א קינד", און אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן זוכה געווען צו קינדער; אלעס נאר צוליב דאס ליבשאפט און שלום וואס איז געווען צווישן זיי.


דארפסט נישט ווארטן אויף ל"ג בעומר זיך דאס צו מקבל זיין, זיי זיך שוין מקבל צו מכבד זיין דיין ווייב און איר נישט וויי טון, און בעט דעם אייבערשטן פאר קינדער - וועט איר זוכה זיין צו זרע של קיימא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#48 - איך האב מורא צו פארן ל"ג בעומר קיין מירון, וואס טו איך?
קינדער, פחדים, מירון, ל"ג בעומר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל פארן דאס יאר ל"ג בעומר קיין מירון. איך בין געווען דארט צוויי יאר צוריק בשעת די שרעקליכע אומגליק רחמנא ליצלן, און זייט דעמאלט איז מיר שווער צו פארן, אבער איך בענק זיך שוין צום רבי שמעון אין דעם גרויסן טאג. אויך איז מיר שווער צו לאזן מיין מאן פארן, איך האב מורא מען זאל זיך שטופן דארט און עס זאל נישט צוקומען צו א סכנה חס ושלום.


וואס זאל איך טון, זאל איך מתגבר זיין אויף דעם? אפשר זאל איך פארן ענדערש אין א רואיגע צייט? זאל איך לאזן מיין מאן פארן? איך וועל זיך פרייען באקומען אן ענטפער.


איך בעט אסאך פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט. אויך בעט איך א ברכה פאר קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ל"ג בעומר אין מירון איז די הילולא [חתונה] פון רבי שמעון בר יוחאי, עס ווערט פרייליך אין אלע עולמות. דער אר"י הקדוש פלעגט קומען צו פארן מיט די גאנצע משפחה קיין מירון צו זיין דארט ל"ג בעומר (פרי עץ חיים שער ספירת העומר, פרק ז).


מען דארף זיך נישט שטופן, מען קען זיצן אין א שטילע ווינקל און דארט בעטן. מוהרא"ש פלעגט אלע יארן קומען ל"ג בעומר קיין מירון, אבער ער איז נישט אריין אין די מערה, ער האט מתפלל געווען אינדרויסן. מוהרא"ש זאגט, די גאנצע בארג פון מירון איז ליכטיג און הייליג.


דאס איז דער לשון וואס מוהרא"ש שרייבט (שו"ת ברסלב חלק ב', מכתב רלה): "בְּמֶשֶׁךְ כָּל הָעֶשְׂרִים וְאַרְבַּע שָׁעוֹת שֶׁל לַ"ג בָּעֹמֶר", אין די גאנצע פיר און צוואנציג שעה פון ל"ג בעומר, "כָּל הָהָר כֻּלּוֹ הוּא מְקֻדָּשׁ", איז די גאנצע בארג פון מירון געהייליגט, "וְהַשִּׂמְחָה וְהָאוֹר מְאִירִים בְּכָל הָהָר הַקָּדוֹשׁ הַזֶּה", עס שיינט א ליכט און מען שפירט א שמחה אויפן גאנצן בארג. "אֵיפֹה שֶׁאָדָם יַעֲמֹד אוֹ יֵשֵׁב", וואו מען זאל נאר שטיין און וואו מען זאל נאר זיצן, "יָכוֹל שָׁם לִבְכּוֹת וּלְבַקֵּשׁ עַל נַפְשׁוֹ", קען מען זיך גוט אויסוויינען און אויסבעטן, "וִיקַבֵּל אֶת כָּל מְבֻקָּשׁוֹ", און מען וועט באקומען אלעס וואס מען דארף און אלעס וואס מען בעט.


איר דארפט נישט מורא האבן פון גיין קיין מירון, איר קענט גיין ל"ג בעומר און אויך אייער מאן קען גיין, עס איז כדאי צו זיין אין מירון אפילו פאר א שעה. אין מירון ל"ג בעומר באקומט יעדער א מתנה פון רבי שמעון, דער הייליגער תנא רבי שמעון טיילט מתנות פאר יעדן איינעם.


בפרט ווער עס ווארט אויף קינדער; ווער עס וויל געהאלפן ווערן מיט קינדער - זאל גיין קיין מירון זיך אויסגיסן דאס הארץ, וועט ער געהאלפן ווערן מיט קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#47 - קען איך געבן צו עסן פאר מיין בעיבי אין קלאס?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, סקול, מלמדים, לערערין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א לערערין אין בית פיגא, איך בין זיך מחי' צו זיין א לערערין.


יעצט ווען איך האב געהאט מיין קינד ברוך ה', האב איך זיך שוין אזוי געבענקט צו די קינדער אין שולע, ש'כח אייבערשטער ס'איז א מחי' צו זיין צוריק אין סקול.


איך פלעג אלעמאל בלייבן אין קלאס ביי ריסעס, ביי הפסקה, צו הערן און זען וואס טוט זיך מיט די מיידלעך, אבער יעצט דארף איך ביי ריסעס געבן צו עסן פאר מיין בעיבי, וויל איך וויסן אויב עס פאסט און אויב עס איז גוט דאס צו טון אין קלאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער גוט ווען די לערערין דריידט זיך צווישן די קינדער ביי ריסעס און לאנטש, אזוי קען מען מיטהאלטן וואס טוט זיך צווישן די קינדער; מען קען אויפפאסן אויב איז דא א קינד וואס טרעט אויף אנדערע, און אויב איז דא א קינד וואס ווערט צוטרעטן. אויך קען מען הערן פון די שמועסן ווי זייער מח האלט, מען קען נאכדעם ביי די שיעורים אריינפלעכטן מוסר און חיזוק ווי עס פעלט זיך אויס.


ווען איך בין געווען א מלמד פלעג איך אסאך זיך דרייען צווישן די קינדער, שמועסן מיט זיי, דעמאלט האב איך געקענט אפלערנען די תלמידים.


בנוגע די פראגע וכו'; עס איז נישט קיין פראבלעם פאר א לערערין צו געבן צו זייגן פארן קינד אין די צייט פון הפסקה אין קלאס צו קענען מיטהאלטן וואס טוט זיך ביי די קינדער, אזוי אויך פאר א מאמע איז נישט קיין ענין פון צניעות זיך צו באהאלטן אין צימער ביים זייגן, מען קען געבן צו זייגן צווישן די קינדער, פארשטייט זיך מיט א צודעק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#46 - זאל איך נוצן פראטעקציע אריינצולייגן מיין טאכטער אין שולע?
סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף יעצט אריינשיקן מיין טאכטער אין שולע, איך האב שוין פרובירט ביי עטליכע מוסדות, אבער קיינער וויל מיר נישט אננעמען.


מיין שאלה איז אויב איך זאל בכלל פרובירן מיט פראטעקציע און אנדערע וועגן צו קענען איר אריינלייגן אין א מוסד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי! טו אלעס וואס דו קענסט נאר אז דיינע קינדער זאלן האבן גוטע ערליכע מוסדות.


קענסט נוצן אונזער פראטעקציע; דער רבי לערנט אונז די עצה פון תפילה והתבודדות, בעטן דעם אייבערשטן וואס מען וויל - דאס איז די בעסטע פראטעקציע, תפילה איז שטערקער פון אלעס. בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען געבן די בעסטע חינוך פאר דיינע קינדער, אויך זאלסטו בעטן פאר זיי; ווייל נאר תפילה איז די וועג פאר גוטע קינדער.


איך וויל דיך דערמאנען די מעשה וואס מוהרא"ש האט אונז דערציילט פון הייליגן חפץ חיים. אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, דער הייליגער חפץ חיים פרעגט אים: "מיט א ברכה ווילסטו האבן גוטע קינדער? עס גייט נישט אזוי, גוטע קינדער דארף מען בעטן אסאך דעם אייבערשטן", ער ווייזט פאר דעם איד זיין מאמע'ס תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, און זאגט אים: "אזוי האט מען גוטע קינדער"; זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטער אז דו זאלסט זוכה זיין צו קינדער ערליכע אידן, תלמידי חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#45 - וואס טו איך מיט א העלפער אין חדר וואס טוט געמיינע זאכן?
חינוך הילדים, קדושה, קינדער, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד תינוקות אין א געוויסע תלמוד תורה, און עס איז דא אן עוזר, א העלפער, וואס קומט אריין אין קלאס ביי הפסקה, און איך האב עטליכע מאל געזען ווען איך בין אריין אין קלאס אינמיטן הפסקה ווי ער זיצט מיט קינדער אויף נישט אן איידעלן אופן.


זאל איך אים מער נישט אריינלאזן אין מיין קלאס? אדער איז גענוג צו אריינצוגיין כסדר צו האלטן אן אויג, און אים ווארענען נישט צו טון וואס מען טאר נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד צו אים, זאג אים אז וואס ער טוט איז א סכנה, ווייל ער קען איין טאג אנקומען אין תפיסה.


הויב אן מיט גוטנס, און אז עס העלפט נישט רעדן - זאלסטו אים אוועק שיקן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#44 - וואס טוט מען מיט די פורים געלט און חנוכה געלט פון די קינדער?
חינוך הילדים, קינדער, מורה דרך, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיינע קינדער האבן געלט וואס זיי האבן באקומען פון די זיידעס און באבעס, פורים געלט און חנוכה געלט, מיין צען יעריגע לייגט אוועק דאס געלט, מיין אכט יעריגע שפילט זיך דערמיט, טוישט עס אויף יעדע פאר טעג אויף קלענערע און דערנאך צוריק צו גרעסערע, און די פינף יעריגע וויל נאר קויפן זאכן און עס אויסגעבן אויף נארישקייטן.


מיין שאלה איז וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון, עס לאזן ביי זיי, אוועקנעמען פון זיי, אדער עס אוועקלייגן פאר זיי פאר שפעטערדיגע יארן?


איך האב שוין פרובירט עס צו נעמען פון זיי און אפשרייבן וויפיל זיי האבן ביי מיר, אבער יעדע פאר טעג בעטן זיי עס צוריק, אדער וויל ער עפעס קויפן דערמיט.


איך האב געזאגט פאר די קינדער אז איך גיי פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, און וואס ער וועט ענטפערן אזוי וועט מען טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, כ"ז אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס אליינס וואס דו האסט זיי געזאגט אז דו גייסט פרעגן און אזוי וועלן מיר טון - דאס איז זייער א שטארקע זאך פאר די חינוך פון די קינדער; דאס איז פון די וויכטיגסטע זאכן וואס עלטערן דארפן אויסלערנען און ווייזן פאר די קינדער - אז א איד פרעגט זיינע פראגעס; מען גייט צום דיין, צום רב, מען פרעגט. אזוי וועלן זיי טון, ווען זיי וועלן עלטער ווערן - וועלן זיי זיך זוכן א רב, א דיין, אן ערליכער איד - זאל זיי מדריך זיין.


לייג אוועק זייער חנוכה געלט און פורים געלט - ביז זיי וועלן עלטער ווערן, דעמאלט וועסטו זיי דאס געבן. עס איז נישט גוט קינדער זאלן האבן געלט און דאס אויסגעבן פאר נארישקייטן.


 דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#43 - ווי אזוי רעד איך צו די קינדער איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע?
התחזקות, חינוך הילדים, קינדער, אמונה, טערעפי, פחדים, מלמדים, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכי' צו פירן א תלמוד תורה, און איך וויל פרעגן אן עצה איבער די לעצטיגע שרעקליכע טעראר אטאקע וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך אין ירושלים, ווי דריי אידישע קרבנות זענען ליידער אוועקגעריסן געווארן פון אונז, ה' ינקום דמם. די קינדער זענען זייער צעשוידערט פון די שרעקליכע מעשה, עס איז זייער שווער פאר זיי דאס צו פארנעמען, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מייעץ זיין ווי אזוי און וויפיל צו רעדן מיט אים דערוועגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל מער נישט הערן קיין שלעכטע בשורות, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, ל"ז שובבי"ם, כ"ג שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מנהל אין א תלמוד תורה. זיין א מנהל אין א תלמוד תורה איז זייער חשוב, דער מנהל איז נוטל שכר כנגד כולם ווייל ער איז מחזק די מלמדים מיט די קינדער, ער זעט אלעס זאל זיך פירן ווי עס דארף צו זיין; אלעס וואס די מלמדים לערנען מיט אידישע קינדער, תורה ויראת שמים.


רעד צו די קינדער אסאך פון אמונה און פון גן עדן, אזוי וועלן זיי נישט ווערן דערשראקן. אז די קינדער פרעגן און אינטערעסירן זיך נאך א טראגעדיע: 'וואס איז געשען?' זיי פרעגן כל מיני קשיות: 'וואו איז דער קינד וואס איז געשטארבן?' 'וואס איז יעצט מיט אים?' די אלע סארט קשיות וואס קינדער פרעגן - זאלסטו נישט באהאלטן, נאר זאגן: "א איד האט צוויי וועלטן, די וועלט און יענע וועלט, און ווען מען גייט אוועק פון די וועלט - גייט מען אין גן עדן, און ווי גוט און ווי שיין איז פאר אידישע קינדער וואס האבן געהיטן די תורה - אויבן אין הימל, די נשמה גייט אין גן עדן און האט דארט אלע גוטע זאכן"; רעד מיט באק ציין, אזוי וועלן זיי ווערן רואיג.


נאר אמונה בארואיגט, די אלע אנדערע מעטאדן וואס קומען פון די אומות העולם - איז אלעס פאנטאזיעס און עס בארואיגט נישט. נעבעך פאר די וואס גייען צו מענטשן וואס פאררופן זיך העלפערס, אדער נעמען די קינדער צו טיפולים וכדומה, מען ווערט דארט מער צעדרייט. דער בשר ודם זאגט: "יעצט אטעם אריין און יעצט אטעם ארויס", "יעצט פרוביר צו טראכטן פון די שרעק", און "יעצט טראכט ווי די שרעק נעמט דיך אינגאנצן איבער", "יעצט שריי" וכדומה; די זאכן איז פאר אומות העולם, אידישע קינדער האבן אמונה, אידישע קינדער האבן נאך א וועלט, איז נישטא וואס צו זיין דערשראקן.


אזוי פלעגט דער הייליגער רבי טון ווען עס זענען געקומען צו אים מענטשן וואס זענען געווען זייער נישט געזונט, פלעגט דער רבי זיי זאגן זיי זאלן זיך נישט זארגן פון שטארבן (חיי מוהר"ן, סימן תמה): "מַה לָּכֶם לִדְאֹג מִן הַמִּיתָה?", וואס זארגט איר זיך פון שטארבן? "הֲלֹא שָׁם הוּא עוֹלָם נָאֶה בְּיוֹתֵר מִכָּאן", אויבן אין הימל איז פיל א שענערע וועלט ווי דא.


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש, זיי מחזק די מלמדים. דער עיקר ארבעט פונעם מנהל דארף זיין געבן יעדן טאג א גוט ווארט פאר יעדן מלמד באזונדער, נישט נאר ווען עס איז דא עפעס צו קריטיקירן דעמאלט נעמט מען אפיר דעם מלמד, נאר יעדן טאג געבן א גוט ווארט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין"; מען דארף מחזק זיין די וואס געבן חיזוק; די מלמדים ארבעטן ביטער שווער, דארף מען זיי מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#42 - ווי אזוי דערהאלט איך זיך ווען עס איז א גיהנום אינדערהיים?
שידוכים, תהלים, כיבוד אב ואם, קינדער, מחלוקת, תפילה והתבודדות, אידישע שטוב, משפחה, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין לאנגע חדשים וואס דער מצב ביי אונז אינדערהיים איז זייער שווער, אבער יעצט איז שוין ממש עק וועלט, מיינע עלטערן האלטן זיך ביים גט'ן, און יעדן טאג איז דא קריגערייען און פיינטשאפט אינדערהיים, עס שפירט זיך ווי זיי זענען ממש צוויי פיינט.


איך שרייב די ווערטער מיט טרערן אין די אויגן, איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך מוז האבן אסאך חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין אין לעבן מיט שמחה און ערליכקייט.


אויסער דער זע איך ווי מיינע עלטערן ווערן שוואכער און שוואכער אין אידישקייט, און ווי מיין יונגערע שוועסטער קען מער נישט אויסהאלטן דעם מצב און זי אנטלויפט צו מאוויס, און דאס טוט מיר זייער וויי.


איך דאנק דעם אייבערשטן יעדן טאג אז ער האט מיר צוגעשטעלט די רפואה פאר די מכה, אז איך בין געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן, צו די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, וואס דאס געבט מיר חיות, האפענונג, און א שטארקע אמונה, איך קען זיך נישט פארשטעלן ווי אזוי איך וואלט זיך אן עצה געגעבן אן דעם.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען שרייבן אביסל חיזוק, און אויך ווי אזוי איך קען מחזק מיין יונגערע שוועסטער און איר ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, כ"א שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דערהאלטס אייך מיט אלע כוחות, נאך אביסל ווערט איר א כלה, איר וועט אויפשטעלן א שיינע אידישע ווארעמע שטוב, און מיט'ן רבינ'ס עצות און מיט'ן רבינ'ס שכל - וועט איר האבן א זיסע גוטע לעבן.


עס איז זייער שווער פאר קינדער ווען עלטערן קריגן זיך. קיינער פארשטייט נישט די צער פון די קינדער וואס די עלטערן קריגן זיך; עס איז זיי געפערליך שווער, מען ווערט צעדריקט יעדע מינוט אין לעבן.


מישט זיך נישט אריין ווען זיי קריגן זיך. איר זאלט שטיין פון די זייט און בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זיך נישט קריגן, זיי זאלן זיך ליב האבן. אזוי אויך געבט אכטונג אויף אייערע יונגערע געשוויסטער, עס זאל זיי גוט זיין.


זייט שטארק אין תפילה והתבודדות, גייט יעדן טאג אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, און גיסט אויס אייער הארץ. שמועסט מיט'ן אייבערשטן אין אייער שפראך, דערציילט אים וואס גייט אלץ אריבער אין שטוב, דערציילט אים אייער ווייטאג, בעטס אים פאר א גוטע שידוך, פאר שלום ביי די עלטערן און ביי גאנץ כלל ישראל.


אזוי אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג תהילים, אפילו נאר אפאר קאפיטלעך תהילים - וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - ווי אזוי קען איך מאכן מער געשמאק דאס לערנען אין חדר?
סיפורי צדיקים, קינדער, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, דרך ארץ, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין קרית ברסלב, ליבערטי. ווען מיין רבי דערציילט פון די פרשה איז עס זייער געשמאק, אויך ווען ער דערציילט מעשיות, אבער ווען מען לערנט איז עס שווער, און אויך צו לאנג פאר מיר אין איין צו.


איך האב געוואלט וויסן אויב דער ראש ישיבה קען מיר געבן אן עצה.


יישר כח פאר אלעס און פאר די שיעורים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ביסט נישט דער איינציגסטער אינגל וועם עס קומט אן שווער צו לערנען די הייליגע תורה. דער הייליגער רבי האט דערציילט אז אים איז אויך געווען אין זיינע יונגע יארן זייער שווער צו לערנען, קוק וואס דער רבי האט דערציילט, ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד. "וְסִפֵּר שֶׁכָּל לִמּוּדוֹ בָּא לוֹ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה", דער רבי האט דערציילט אז עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ווען ער איז געווען יונג, "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנָיוֹת וְלא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנָיוֹת", איך האב אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן - זאגט דער רבי - ביז איך האב זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות. "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט (שבחי הר"ן, אות ח).


ווען מען לערנט תורה שפירט מען נישט גלייך ביים אנהויב א זיסקייט און א טעם, אבער מיט די צייט הויבט מען אן שפירן א זיסקייט און א טעם. אנדערש איז מיט עולם הזה, גלייך ביים אנהויב שפירט מען א טעם און שפעטער פארלירט מען די טעם.


אז דו וועסט לערנען אפילו עס איז דיר שווער - וועט דיר מיט די צייט ווערן גרינגער און בעסער; מיט די צייט וועסטו שפירן אזא זיסקייט אין לערנען - אז דו וועסט מער גארנישט וועלן, נאר לערנען און לערנען דיין גאנץ לעבן. דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם (שיחות הר"ן, סימן יז): "כְּשֶׁהַתּוֹרָה מַרְאָה אַהֲבָה לְאֶחָד", ווען די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, "אָז אֵין רוֹצֶה כְּלָל עוֹלָם הַבָּא", וועסטו שוין נישט וועלן קיין עולם הבא, "רַק שֶׁרוֹצֶה אֶת הַתּוֹרָה בְּעַצְמָהּ", דעמאלט וועסטו נאר וועלן לערנען נאך און נאך תורה; אזוי גוט איז די תורה, נאר אין אנהויב שפירט מען נישט קיין טעם.


איך בעט דיר זייער, פיר זיך אויף מיט דרך ארץ, פאלג דיינע מלמדים און לערן מיט געדולד ביז דו וועסט זוכה זיין צו שפירן א טעם אין די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - וואס טוט מען ווען מען האלט אינאיין טשעפען אונזער קינד?
קינדער, חברים, מדות טובות, שכנים, טשעפען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר פאר אלע דרשות, עצות, און בריוו, עס האט ממש געטוישט מיין לעבן און עס ווערט נאר שענער און שענער.


מיר וואוינען אין א געגנט מיט נישט צופיל אידישע שכנים, איינער פון די שכנים האט א מיידל אין די זעלבע עלטער ווי אונזער, און די מיידלעך גייען אויך אין די זעלבע שולע. יענע מיידל מיט איר מאמע האבן זיך גענומען אויף מיין טאכטער'ס ביינער, די מאמע העצט אונטער איר טאכטער צו טשעפען אונזער טאכטער, זי נעמט צוזאם אנדערע מיידלעך פון געגנט און זיי מאכן חוזק פון איר טאג איין טאג אויס.


ווען מען פרעגט די עלטערן אויב אונזער טאכטער האט עפעס שלעכט געטון, האבן זיי גארנישט צו ענטפערן. מיר האבן אויך פרובירט צו רעדן מיט די פרוי וואס די שולע האט ספעציעל געשטעלט אויף די זאך פון טשעפען אבער עס איז נישט דא מיט וועמען צו רעדן. מיר בעטן אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, מיר זאלן קענען לעבן בשלום ובשלוה מיט יעדן.


איך האב פרובירט עטליכע מאל צו רעדן שיינערהייט מיט די עלטערן אז עס זאל זיך שוין אויפהערן, דערווייל האט עס אבער נאר געמאכט ערגער, אונז האלטן עס שוין מער נישט אויס.


קען אפשר דער ראש ישיבה אונז געבן אן עצה ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט דעם פראבלעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס מאכט זיך ליידער ביי אסאך - די סארט פראבלעם, ווען צווישן די קינדער איז דא איינער וואס גרויסט זיך אויף אנדערע, און מען נעמט א קינד פאר א ציל-ברעט, מען טשעפעט אים און מען פייניגט אים רחמנא לצלן.


ווען דיין טאכטער גייט אראפ זיך שפילן, שיק איר אראפ מיט נאש און מיט שפילצייג, געימס וכדומה, אזוי וועלן די קינדער זיך וועלן שפילן מיט איר. אויך זאלסטו רעדן מיט איינער אדער צוויי שכנים וואס האבן נישט ספעציעל עפעס קעגן דיר, זיי דערציילן אז מען טשעפעט דיין טאכטער, וועלן זיי מחנך זיין זייערע קינדער זיך צו שפילן מיט דיין טאכטער.


ועל כולם בעט דעם אייבערשטן פאר די קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן געזונט און ערליך. בעט דעם אייבערשטן מען זאל זיי נישט טשעפענען און זיי זאלן נישט טשעפענען אנדערע; תפילה איז שטערקער פון אלסדינג, תפילה איז שטערקער פון שכל, שטערקער פון טבע; מיט תפילה זעט מען ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - ווי אזוי שטארקט מען זיך ווארטנדיג געהאלפן צו ווערן מיט קינדער?
התחזקות, קינדער, תפילה והתבודדות, אמונה, סגולות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר ווארטן שוין אויף קינדער פאר עטליכע יאר, איך האב געליינט א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס ענטפערט פאר איינעם וואס האט שוין א קינד און ער בעט אן עצה און סגולה צו האבן נאך קינדער, און דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט אים אז ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער האט שוין באקומען, ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף דאס קינד וואס ער האט, און דאס וועט ברענגען ער זאל געהאלפן ווערן מיט נאך קינדער.


האב איך געוואלט פרעגן אויב די עצה איז אויך פאר אונז, וואס מיר ווארטן נאך אויפ'ן ערשטן קינד פאר אזוי לאנג? און אויב דער ראש ישיבה שליט"א האט נאך חיזוק פאר אונז ווי אזוי זיך צו דערהאלטן בשעת מיר ווארטן געהאלפן צו ווערן מיט קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי איז דאס אויך פאר עלטערן וואס ווארטן אויף קינדער און אזוי אויך פאר אלע ישועות וואס מען ווארט; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - עפנט מען אויף די טירן אין הימל פאר ישועות למעלה מדרך הטבע.


פארליר נישט פאר קיין איין רגע די אמונה. דו בעט דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל פאר קינדער, אזוי ווי אונזערע מאמעס שרה, רבקה און רחל האבן געטון. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח) אליהו הנביא דערציילט: "איך בין געווען אמאל אונטערוועגנס און א מענטש האט מיך געפרעגט א שטארקע קשיא, פארוואס זעען מיר אסאך ערליכע משפחות האבן נישט קיין קינדער? 'אָמַרְתִּי לוֹ: בְּנִי, מִפְּנֵי שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹהֵב אוֹתָם אַהֲבָה גְּמוּרָה וְשָׂמֵחַ בָּהֶן, לְפִיכָךְ מְצָרְפָם כְּדֵי שֶׁיִּרְבּוּ רַחֲמִים לְפָנָיו', האב איך אים געענטפערט, ווייל דער אייבערשטער האט זיי זייער שטארק ליב און ער פריידט זיך מיט זיי, דערפאר מאכט ער אז זיי זאלן נישט האבן גלייך קינדער, אזוי וועלן זיי אסאך בעטן דעם אייבערשטן, 'וְתֵדַע לְךָ שֶׁכֵּן הוּא', א ראי' האסטו פון אברהם אבינו און שרה אמנו, זיי האבן געווארט לאנגע יארן אויף קינדער און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן זיי האבן געבוירן יצחק, אזוי אויך יצחק אבינו און רבקה אמינו האבן געווארט צוואנציג יאר אויף קינדער, זיי האבן אסאך געדאוונט צום אייבערשטן ביז זיי האבן געבוירן יעקב, רחל אמינו האט געווארט פערצן יאר אויף קינדער, זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן ביז זי איז געהאלפן געווארן, אויך זעט מען ביי חנה - די מאמע פון שמואל הנביא וואס זי האט אויך געווארט אסאך יארן אויף קינדער און זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן ביז זי איז געהאלפן געווארן און געבוירן שמואל הנביא, 'אֶלָּא עַל כָּרְחֲךָ צָרִיךְ אַתָּה לִתְּפוֹס בְּיָדְךָ מִידָה הָרִאשׁוֹנָה שֶׁאָמַרְתִּי לְךָ מִתְּחִלָּה, מִפְּנֵי שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹהֵב אוֹתָם אַהֲבָה גְּמוּרָה וְשָׂמֵחַ בָּהֶן, לְפִיכָךְ מְצָרְפָן כְּדֵי שֶׁיִּרְבּוּ בְּרַחֲמִים לְפָנָיו'".


זיי שטארק מיט די צוויי זאכן. ערשטע זאך, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. צווייטנס, בעטן דעם אייבערשטן מיט סבלנות; וועסטו האבן א שטוב מיט ליכטיגע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - ווי אזוי רעד איך צו מיין אינגל וואס זיין חבר איז נפטר געווארן?
חינוך הילדים, קינדער, פחדים, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נעכטן האב איך באקומען א מודעה פון די הנהלה פון די תלמוד תורה וואו מיין זון לערנט איבער א שרעקליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט, א קינד פון מיין קינד'ס קלאס איז ליידער פלוצלינג נפטר געווארן רחמנא ליצלן.


מיין זון איז אכט יאר אלט, און ער איז געווען א נאנטער חבר מיט דעם נפטר, להבדיל בין חיים לחיים.


וואס און ווי אזוי איז די ריכטיגע וועג צו רעדן צו מיין אינגל איבער דעם, און אים ערקלערן די מעשה אויף א וועג אז ער זאל נישט בלייבן מיט שרעקעדיגע קאשמארן פון דעם? און וואס קען ער טון א טובה פאר די נשמה פון דעם נפטר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב צו פארשטיין דיין קינד אז זיין חבר איז אין גן עדן, ער לערנט יעצט תורה אויבן אין הימל. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אותיות דרבי עקיבא נוסח א, אות א): "בכל יום ויום יושב מט"ט בשמי מרום, וכונס את כל הנשמות של תינוקות של בית רבן שמתו על חומשי תורה, ומביא אותן תחת כסא הכבוד ומלמדן תורה", עיין שם. דער מלאך מט"ט נעמט צוזאם אלע נשמות פון קינדער וואס זענען געשטארבן יונג - און לערנט מיט זיי תורה.


ווען דיין קינד וועט דיך פרעגן: "טאטי, וואו איז מיין חבר?" זאלסטו אים זאגן: "אידישע קינדער, ווען מען גייט אוועק פון די וועלט, אויב מען איז געווען ערליך - גייט מען אין גן עדן; דארט אז זייער גוט, זיין נשמה איז אין הימל און לערנט תורה מיט די מלאכים"; דאס וועט אים בארואיגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - וואס טו איך אז דער מלמד מאכט חוזק פון מיין זון אז ער זאגט משניות?
חינוך הילדים, קינדער, תפילה והתבודדות, היכל הקודש, סיום, מוסדות, מלמדים, סדר דרך הלימוד, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו פרעגן, וועל איך אנהויבן מיט די מעשה.


איך קום אהיים איין טאג, מיין ווייב זעט אויס אינגאנצן דערשראקן, און זי דערציילט מיר אז אונזער אינגל האט געזאגט אז ער וויל מער נישט מאכן זיינע סיומים משניות אין חדר, זי האט אים פרובירט אסאך אויסצופרעגן און פארשטיין וואס עס שטערט אים, ביז ער האט ענדליך דערציילט אז זיין מלמד טשעפעט אים כסדר וועגן די משניות, צום ביישפיל קען ער זאגן, "א קינד וואס זאגט משניות קען נישט דאווענען הויך?", אדער "ווייל דו זאגסט משניות, דארפסטו שוין נישט לערנען?", און דאס גלייכן נאך אסאך, און פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז ברבים אין פארנט פון אלע קינדער אין קלאס.


איך ציטער זייער וואס וועט זיין מיט אונזערע קינדער, אויב גייט עס ווייטער אזוי אן וועט דאס קינד שוין נישט וועלן מער אנקוקן דעם משניות, שוין אפגערעדט אז ער קען נאך באקומען שלעכטע קאשמארן פונעם משניות, חס ושלום. און בכלל אלע לימודים וואס מיר זענען זוכה צו באקומען פון הייליגן רבי'ן, פון מוהרא"ש, און פון ראש ישיבה, וועט נישט נעמען צו לאנג חס ושלום ביז ער וועט זיך אנהויבן שעמען מיט דעם.


פארשטייט זיך אז מיר זענען אים כסדר מחזק און מעודד, מיר זענען אבער זייער באזארגט ווי אזוי דאס וועט גייט ווייטער, ווי לאנג קען מען אזוי אנגיין? מיר ציטערן אז ער וועט זיך אנהויבן שעמען מיט אומאן, מיט הפצה, און אזוי ווייטער.


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז אונזערע קינדער זאלן אויך זוכה זיין צו לעבן דעם זיסן לעבן וואס מיר באקומען פון הייליגן רבי'ן, אויפ'ן וועג פון מוהרא"ש און דער ראש ישיבה. וואס זאלן מיר טון? דער ראש ישיבה שליט"א זאל אונז ביטע ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אריבער צום מלמד, רעד צו אים. הויב אן מיט גוטנס, זאג אים ווי צופרידן דו ביסט און ווי שטארק דיין זון האט ליב צו קומען אין חדר. פרעג אים צי ער איז צופרידן פון דיין זון, און אזוי זאלסטו אריינגיין אין א שמועס מיט אים; אז דיין זון האט א געפיל אין זאגן משניות, און אז ביי דיר אין שטוב איז דאס די וועג, אויב ער קען אים מחזק זיין און אים אויפהייבן, און חס ושלום נישט צעקלאפן.


פרעג אים אויב עס שטערט אים אז דיין זון זאגט משניות. זאג אים אז דיין זון קומט אהיים לעצטנס אז דער מלמד זאגט אים יעדעס מאל עפעס א טשעפע אויף משניות, בעט אים ער זאל מער נישט טשעפען. פרעג אים אויב ער וויל דערמאנען דיין זון צו לערנען, אויב ער קען דאס זאגן אן אוועק מאכן דאס זאגן משניות; אזוי וועט ער אויפהערן טשעפען דיין זון.


אויך זאלסטו מאכן די סיומים פון דיין קינד אין שטוב אדער מיט חברים תלמידי היכל הקודש, ווייל די וועלט האט נישט קיין השגה אינעם דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און נישט אלע מלמדים זענען מחנכים; עס זענען דא מלמדים וואס וועלן נאר אויסלויבן די קינדער אויב זיי טוען וואס זיי זאגן און וואס זיי האלטן וכו', אויב דער קינד וועט האבן א מנהג טוב פון שטוב וואס דער מלמד פירט זיך נישט - וועט ער דאס אוועקמאכן, דעריבער איז בעסער אז דו זאלסט אויסלויבן דיין קינד אין שטוב.


מן הסתם האסטו געזען וואס מיר טוען אין אומאן ערב ראש השנה, מיר נעמען אלע קינדער וואס האבן געלערנט און מען געבט זיי כבוד, מען געבט זיי די הרגשה אז אלע פאטשן, אלע קלאפן פאר זיי; אזוי באקומען זיי א חשק צו לערנען און מסיים זיין. איך טו דאס אין אומאן ווייל דארט קומען אלע אנשי שלומינו, אויך די וואס שיקן נישט די קינדער אין ברסלב, און די וואס וואוינען אין פלעצער וואו עס איז ביז דערווייל נאכנישט דא קיין מוסדות; כדי צו מחזק זיין אלע קינדער מיט'ן סדר דרך הלימוד.


בעט דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער און אלע דיינע דורות זאלן האבן א געפיל אין הייליגן רבי'ן און זיין ערליכע אידן. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער; נאר תפילה און התבודדות איז די עצה פאר גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - איז די סגולה פון מקוה מלכה אין יבנאל איז אן אמת'ע סגולה?
יבנאל, קינדער, מוהרא"ש, קברי צדיקים, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען שוין מתפלל א לאנגע צייט געהאלפן צו ווערן מיט נאך קינדער, ספעציעל אז מיר האבן דערווייל נאר אינגלעך.


איך האב געוואלט פרעגן אויב די סגולה פון מקוה מלכה אין יבנאל איז אן אמת'ע סגולה? איז דא באקאנטע מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זענען דארט געהאלפן געווארן?


מיר ווילן די וואך פארן קיין יבנאל, אבער איך וויל וויסן אויב ס'איז טאקע באמת דא אזא סגולה.


איך בעט דעם ראש ישיבה שליט"א זאל מתפלל זיין פאר אונז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי איז דאס א אמת'ע סגולה; מוהרא"ש האט געבויט די מקוה טהרה מקוה מלכה אין יבנאל - מיט מסירת נפש. מען האט דאס געבויט שטילערהייט מיט מסירת נפש, ווייל דארט אין יבנאל איז דא א רב, א מסור - וואס האט טאג און נאכט גע'מסר'ט מוהרא"ש. דער רב איז א רב מטעם הערב רב, ער האט דארט א מקוה טהרה אן קיין מי גשמים, ער האט מכשיל געווען אלעמען מיט איסורי כריתות רחמנא לצלן. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר קדושתן וטהרתן של ישראל און געבויט די מקוה, און געזאגט אז די מקוה איז מסוגל פאר קינדער.


אויך ביים ציון פון מוהרא"ש קען מען פועל'ן ישועות, און מען קען דארט זייער תשובה טון. עס איז א וואונדערליכע פלאץ, אלע זאגן עדות אז ווען מען קומט אהין עפנט זיך דאס הארץ, מען קען תשובה טון. מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה" אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה" אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועקגיין פון די וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר - וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם" און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר א ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - זאל איך זיך גט'ן, צו קענען האבן נאך קינדער?
שלום בית, קינדער, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך געוואלט דורכרעדן מיט'ן ראש ישיבה איבער א וויכטיגע נושא. איך האב ברוך ה' חתונה געהאט מיט מיין טייערע ווייב, און מיר האבן ברוך ה' איין קינד פון 6 יאר אלט, אבער מיין ווייב וויל בשום אופן נישט האבן נאך קינדער.


נאכדעם וואס דאס קינד איז געבוירן געווארן, איז מיין ווייב אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע, א זאך וואס קען זיך מאכן אפט, אבער איך האב נישט געוואוסט פון דעם, און איך האב נישט געוואוסט ווי אזוי עס צו באהאנדלען, און דאס האט אונז געמאכט אסאך שלום בית פראבלעמען.


ברוך ה' אז זי איז ארויסגעקראכן פון די עצבות און דעפרעסיע, מיר האבן זיך מסדר געווען, אבער זי האט נאך אלץ שטארקע פחדים פון האבן נאך קינדער, ווייל זי האט מורא אז עס וועט זיך איבערשפילן די זעלבע זאך נאכאמאל, און איך וועל ווידער נישט זיין דא פאר איר.


איך וויל זייער שטארק ברענגען נאך קינדער אויף דער וועלט, און דאס האט מיר געמאכט טראכטן פון זיך גט'ן און זוכן אן אנדערע שידוך. איך בין אבער זייער מסופק אויב דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון, אז דער אייבערשטער האט מיר שוין געשאנקען איין קינד, אפשר זאל איך בלייבן מיט איר און בעטן אסאך דעם אייבערשטן אז זי זאל זיך טוישן און יא וועלן האבן נאך קינדער.


איך וויל באטאנען אז איך האב שוין פרובירט פאר כמעט די גאנצע זעקס יאר איר איבערצורעדן, אבער אן קיין ערפאלג. איך האב שוין געעפנט א תיק (קעיס) ביי א רבני'שע קערפערשאפט אנצוהויבן די פראצעדור פון א גט, מיר דארפן אראפגיין צו זיי קומענדיגע וואך זיך דורכשמועסן, אבער איך בין זייער מסופק אויב איך זאל טאקע ווייטער גיין אויף דעם וועג, אדער זאל איך פארמאכן דעם תיק.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גט זיך נישט, קלאפ ארויס פון דיין קאפ דאס ווארט "גט"; דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן האסט חתונה געהאט און דו האסט א קינד - איז נישטא מער די ווארט "גט".


דו אליינס שרייבסט אז דיין ווייב זאגט אויף דיר אז דו העלפסט איר נישט, זי האט מורא פון קינדער וכו', אז זי וועט אריינפאלן אין א דעפרעשן, זי וועט זיך אליינס דארפן מוטשען; אנשטאט רעדן פון זיך גט'ן - רעד מיט איר שיינע ווערטער, בארואיג איר, הער איר אויס, הער אויס איר ווייטאג. על פי רוב דארף מען אפילו נישט קיין ענטפער אויף א פראבלעם, מען דארף נאר האבן איינער זאל אויסהערן די פראבלעם; ווען די פרוי האט א מאן וואס הערט איר אויס און געבט איר די געפיל אז ער פארשטייט איר - דאס אליינס איז די ישועה פאר איר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות קיח:) פרויען זאגן: "טב למיתב", עס איז זיי בעסער, "טן דו", צו זיין מיט א מאן, נישט קיין חילוק וואס פאר א מאן, אפילו א מאן - "דשומשמנא גברא" א פאני מענטש וואס איז א ווארעם, און אפילו א מאן - "דנפצא גברא", וואס זיין פרנסה איז גאר א שוואכע, און אפילו א מאן - "דקולסא גברא", וואס קומט פון א שוואכע משפחה; איז זיי בעסער צו זיין חתונה געהאט - "מלמיתב ארמלו", ווי צו זיין איינער אליינס; ווייל אז מען האט איינער וואס הערט אויס, אפילו ער האט נישט וואס צו ענטפערן, ער איז א קליינער ווארעם, און אפילו ער האט נישט וואס צו העלפן מיט געלט, ער האט קוים פרנסה, און אפילו ער קומט פון א שלעכטע משפחה וואס איז איין שטיק פראבלעם - דאך איז דאס זייער וויכטיג פאר א פרוי, צו האבן איינער זאל איר אויסהערן.


מאך זיך נישט נאריש, פארמאך דעם תיק, גיי אהיים בעט זיך איבער, מאך איר פרייליך, בוי איר אויף, הויב איר אויף מיט גוטע ווערטער, און דער אייבערשטער וועט דיר העלפן דו וועסט זען שיינע ליכטיגע דורות.

#34 - מעגן עלטערן זאגן פאר חתונה געהאטע קינדער וואס צו טון?
כיבוד אב ואם, קינדער, מורה דרך, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס עלטערן פון חתונה געהאטע קינדער, טרעפן מיר זיך צומאל אין מצבים וואס מיר זענען אין א פארלעגנהייט אויב מיר זאלן זיי זאגן עפעס ווען מיר זעען ביי זיי זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן, ספעציעל אין אונזער שווערע דור וואס איז פול מיט אזוי סאך שווערע נסיונות.


מיר ווייסן אז עלטערן דארפן זיך נישט אריינמישן אין דאס לעבן פון די חתונה געהאטע קינדער,  מען דארף זיי לאזן לעבן זייערע אייגענע לעבן, אבער פון די אנדערע זייט אויב זעט מען נישט גוטע זאכן, ספעצילע אין רוחניות, זאכן וואס קען זיין ממש א סכנה, דארף מען נאכאלץ בלייבן שטיל, גארנישט זאגן, און זיך נישט אריינמישן? אדער איז יא דא פעלער וואס מיר קענען זיי אויפמערקן און זאגן וואס צו טון, אלס עלטערן?


וואס זענען די כללים, וואס איז די ריכטיגע וועג זיך פירן, אין דעם פארפלאנטערע נושא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עלטערן מעגן זאגן און עלטערן דארפן זאגן, אבער עס ווענדט זיך ווי אזוי מען זאגט דאס; אז מען זאגט דאס שיינערהייט, מיט ליבשאפט - דעמאלט איז גוט צו זאגן, אבער אז מען זאגט דאס נישט אויף א גוטע וועג, דעמאלט זאגן חכמינו זכרונם לברכה (יבמות סה:): "כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע, כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שאינו נשמע", אזוי ווי עס איז א מצוה צו זאגן א זאך וואס מען וועט אויסהערן און אננעמען - אזוי איז א מצוה מען זאל נישט זאגן א זאך וואס מען וועט נישט אננעמען.


מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן ערליכע קינדער, און מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר גאנץ כלל ישראל אלע זאלן תשובה טון, אלע זאלן זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


אמאל קען מען שטילערהייט רעדן צום דיין אדער מורה דרך פון די קינדער, ווען מען ווייסט אז זיי וועלן מער אננעמען פון זיי ווי פון די עלטערן.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן ווי אזוי צו רעדן צו זיי און וואס צו רעדן צו זיי; מיט תפילה וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - ווי אזוי בארואיג איך מיין ווייב פון די פחד פאר א שמחה?
רפואה, קינדער, סגולות, פחדים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך זייער געפרייט צו טרעפן דעם ראש ישיבה שליט"א, די ווערטער וואס דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט קלינגט מיר נאך אין די אויערן, "זיי דיך מחזק! אויף יעדן גייט איבער שוועריקייטן".


יעצט צום שאלה, היות מיר גרייטן זיך צו א שמחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בשעה טובה ומצלחת, וויל איך פרעגן צי איז ריכטיג צו נעמען אן "עפידוראל", אדער דארף מען חושש זיין צו וואס געוויסע זאגן אז עס איז דא קליינע פראצענט אז מען קען אפעקטירט ווערן דערפון. איך וויל באטאנען אז זי וויל עס נעמען.


צווייטנס, וואס קען איך טון איר צו בארואיגן פון די פחד וואס זי האט פון די לידה?


דריטנס, אויב ביי מוהרא''ש איז אויך געווען אן ענין אז דער מאן זאל גיין אין מקוה ווען מען הויבט זיך אן גרייטן? פארשטייט זיך אויף א פאל ווען מען קען איר איבערלאזן.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען א תשובה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קדושים, א' דראש חודש אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דער דאקטער איז מציע צו נעמען עפידורעל - קען זי נעמען, זי דארף נישט חושש זיין.


זאג מיט דיין ווייב שמות הצדיקים, דאס וועט אוועקנעמען די פחדים פון די לידה. מיר האבן אלץ געהערט פון מוהרא"ש א סגולה פאר א גרינגע לידה, צו זאגן שמות הצדיקים און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע נעמען פון די צדיקים זאל אלעס אריבערגיין בנקל ובנחת.


בנוגע אויב דער מאן זאל גיין אין מקוה זיך טובל'ן ווען עס הויבט זיך אן די ווייען וכו'; ביי אונז פירט מען זיך צו גיין אין מקוה יעדן אינדערפרי און ווען עס הויבט אן די ווייען לערנט דער מאן לקוטי מוהר"ן חלק ב' סימן ב', די תורה וואס איז מסוגל אויף א גרינגע לידה, און מען זאגט די תפילה פון לקוטי תפילות, און מען זאגט מזמור לתודה ביז מען הערט די מזל טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - לעבן א פאלשע לעבן, נאר צו קענען שיקן די קינדער אין מוסדות?
חינוך הילדים, קינדער, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין קינד דערנענטערט זיך יעצט צו די עלטער וואס זי דארף שוין אנהויבן גיין אין מוסדות, און מיר דארפן טרעפן פאר איר א גוטע מוסד.


ביי אונז אין שטאט איז נישטא קיין גרויסע אויסוואל, נאר דא צוויי מוסדות, איינס איז א בעסערע מוסד, ווי רוב פון מיין גאטונג שיקט דארט, אבער זיי וועלן זיך זייער שטארק וועמען אריינצונעמען. ווידער איז דא א צווייטע מוסד וואס נעמט יא אן כמעט יעדן איינעם, דאס מיינט אז דארט זענען דא גוטע ערליכע משפחות, אבער אויך משפחות וואס איך וואלט נישט געוואלט מיינע קינדער זאלן זיך חבר'ן מיט זיי.


מיין שאלה איז אויב איך זאל זיך איבערשטרענגען מיט אלע כוחות אז מען זאל אננעמען מיין קינד אין די בעסערע מוסד, אדער ענדערש שיקן אין די אנדערע מוסד וואו מ'נעמט מיר גערן אן.


שיקן אין די בעסערע מוסד מיינט אויך אז זיי וועלן פארלאנגען אז איך און מיין ווייב זאלן טוישן געוויסע זאכן אין לעבן, זיך צושטעלן צו זייערע תקנות, צום ביישפיל צו האבן נאר א כשר'ע טעלעפאן, וואס איך האב סיי ווי לעצטנס באקומען, איך פארשטיי זייער גוט די תקנה, אבער עס גייט נאך ווייטער, עס מיינט זיי וועלן מיר אנהויבן נאכקוקן אויב איך גיי ארום מיט א הוט און רעקל, וואו איך דאווען, און אז מיין ווייב דארף האבן א קורצערע שייטל, און נאך.


איז דאס די ריכטיגע וועג אין לעבן? צו לעבן א פאלשע לעבן נאר אז מען זאל אננעמען מיינע קינדער אין מוסדות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי ב', כ"ו ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו גיין צו די בעסערע מוסד, זיך בעטן ביי זיי און זיך אונטערנעמען אלעס וואס זיי פארלאנגען - אז זיי זאלן אננעמען דיינע קינדער; עס איז ניטאמאל קיין שאלה, עלטערן דארפן געבן פאר זייערע קינדער דאס בעסטע חינוך וואס איז נאר פארהאן, זיי געבן דאס שענסטע לעבן; אלעס אין דער וועלט דארפן עלטערן טון פאר זייערע קינדער.


בנוגע וואס דו שרייבסט וועגן לעבן א פאלשע לעבן וכו'; איך וויל פארשטיין פארוואס דו רופסט דאס אן א פאלשע לעבן? עכטע לעבן איז נאר דער וואס לעבט מיט אייבערשטן, דער איד וואס גייט דאווענען שחרית, מנחה, מעריב - דער לעבט אן עכטע לעבן, דער איד וואס היט תורה און מצוות, ער היט שבת - דער לעבט אן עכטע לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יח): "צדיקים במיתתן קרויים חיים", צדיקים אפילו נאכן אוועקגיין פון די וועלט - לעבן זיי, און רשעים ווען זיי לעבן - זענען זיי אויך טויט; לעבן איז נאר תורה, תפילה און מעשים טובים, אנדערע זאכן - איז אלעס פאלש, און אז דו וועסט טון גוטע זאכן פאר דיינע קינדער איז דאס נישט געפאפט.


ווי אזוי מען גייט אנגעטון, אזוי אדער אזוי - דאס איז נישט לעבן; איינער וויל געפעלן די סארט מענטשן - גייט ער אזוי, א צווייטער וויל געפעלן אנדערע סארט מענטשן - גייט ער אזוי, דאס מיינט נישט עכט לעבן, נאר דער וואס טראכט פונעם אייבערשטן, ער טוט זיך אן פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן - דער לעבט עכט. און אויך דער וואס טוט אנדערש ווי זיין ווילן כדי זיינע קינדער זאלן באקומען א גוטע חינוך - דאס איז עכט, די עכטע לעבן איז טון דאס בעסטע פאר די קינדער.


געב פאר דיינע קינדער דאס בעסטע און שענסטע, און אז מען וויל דיר נישט אננעמען אין די בעסערע מוסד - זאלסטו גיין צו די אנדערע מוסד, און דארט זאלסטו אויך כשר'ן דיין טעלעפאן, און דיין ווייב זאל גיין מער איידל; מאך יענע מוסד פאר די בעסערע מוסד.


בעט דעם אייבערשטן פאר דיינע קינדער; עלטערן דארפן אזויפיל בעטן פאר זייערע דורות זיי זאלן זיין ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - וואס טו איך אז מיין אינגל האט א נישט ערליכער חבר?
חינוך הילדים, קדושה, מנוולים, קינדער, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין אינגל דרייט זיך מיט א חבר וואס טוט מיט אים נישט איידעלע זאכן, דער חבר האט נישט קיין נארמאלע שטוב און ער מוטשעט אלץ מיין אינגל ער זאל קומען שפילן צו זיין הויז, אויסער וואס זיי שפילן זיך יעדן טאג אויפ'ן וועג אהיים פון חדר.


איך ווייס נישט ווי אזוי זיי צו צעטיילן אן דעם וואס איך זאל באליידיגן און טשעפען דעם חבר. איך האב שוין געזאגט פאר'ן מלמד דערוועגן, אבער וואס נאך קען איך און איך דארף טון וועגן דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער וויכטיג צו רעדן כסדר צו די קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן באות ברית קודש. מען דארף אויסלערנען די קינדער די הלכות פון נישט אנרירן דעם אות ברית קודש, מען דארף זיי זאגן אז אויב א קינד אין חדר, א שכן, אדער אפילו א ברודער - וויל זיך באהאלטן, זיך אויסטון די קליידער, זיך אנרירן איינער דעם צווייטן רחמנא לצלן - זאל מען זיך נישט לאזן, מען זאל אוועקלויפן און דערציילן פאר טאטע מאמע.


מען דארף רעדן פון דעם צו די קינדער, זיי באקוועם מאכן אז זיי זאלן נישט מורא האבן צו דערציילן, ווייל נאר אז מען רעדט צו זיי - ווייסן זיי פון וואס זיך אכטונג צו געבן, און אז מען רעדט נישט צו די קינדער וועלן זיי פאלן קרבנות פאר מניוולים.


איך ווייס נישט פארוואס מענטשן זענען אזוי נאריש און פאר'עקשנ'ט נישט צו רעדן פון דעם, אדער אפשר איז מען פשוט דערשראקן צו רעדן צו קינדער איבער זיך היטן פון מניוולים; פארוואס זאל מען נישט רעדן צו די קינדער? אז מען רעדט נישט וועלן די קינדער פאלן קרבנות פאר מניוולים, זיי וועלן אנקומען צו רוצחים, נאכדעם וועט מען זיך רייסן די האר פון קאפ, מען וועט זיך נישט וויסן וואו זיך אהין צו טון.


מען זעט אזויפיל פאלן אוועק פון אידישקייט, מען ווערט אריינגעדרייט אין דראגס, על פי רוב זענען זיי קרבנות פון מניוולים; זיי ענדיגן די לעבן מיט דראגס, ביז זיי שטארבן השם ישמרינו.


דערפאר ליגט א חיוב אויף עלטערן צו מחנך זיין די קינדער זיי זאלן זיין ערליך און הייליג. עלטערן קענען זיך נישט פארלאזן אז מען וועט שוין רעדן צו די קינדער אין חדר, ווייל ווייניג תלמוד תורה'ס רעדן צו די קינדער פון יראת שמים, ליידער רעדט מען פון אלעס - אויסער פון יראת שמים; מען רעדט פון א נייע אידישקייט, מען רעדט פון תאוות אכילה; אנשטאט רעדן פון וויכטיגע זאכן, זיי זאלן קענען בלייבן ערליך, הייליג, זיי זאלן קענען חתונה האבן - רעדט מען אז די עסן פאסט נישט פאר אונזער קהלה צו עסן, און די טרינק פאסט נישט פאר אונזערע קרייז, הבל הבלים; אדער אז ביי אונז גייט מען מיט א גארטל א גאנצן טאג, וכדומה.


רעד צו דיין קינד, אויך רעד צו זיין חבר; זאג זיי: "איר קענט זיין חברים, אבער מען מוז שפילן מיט יראת שמים, מען מוז זיין ערליך, אז נישט באקומט מען אן עונש, דער אייבערשטער באשטראפט אויב מען איז נישט ערליך".


דער אייבערשטער זאל היטן אויף אידישע קינדער.


 

#30 - ווי אזוי היט מען אפ די קינדער פון שלעכטע מענטשן?
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קדושה, קינדער, בית המדרש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


לעצטע יאר פורים איז געווען א מעשה אין א געוויסע שול אז א טאטע האט געזוכט זיין זון פאר א לענגערע צייט און האט אים צום סוף געטראפן שרייען פארשפארט אין א זייטיגע שטיבל מיט א מנוול רחמנא ליצלן.


זייענדיג לעצטנס ביי א שמחה איז מיין שוועגערין אריין אין א געפערליכע פחד פון דעם אז זי האט נישט געקענט הנאה האבן פון די שמחה, ווייל יעדע מינוט און א האלב האט זי נאכאמאל גערופן מיין ברודער זיכער צו מאכן אז ער האט זייער קינד.


איך ווייס נישט, קען זיין איך בין נישט די סארט מענטש, אבער איך קען נישט לעבן מיט אזעלכע פחדים. אפשר איז גרינגער צו בעטן דעם אייבערשטן צו האבן נאר מיידלעך? אויב דאס וועט זיין בעסער. אודאי דארף מען אכטונג געבן און רעדן פון דעם אבער צי דארף מען לעבן מיט פחדים?


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיך ביטע מסביר זיין וואס איז די ריכטיגע וועג אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ה' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינסטו, מיידלעך דארפן נישט קיין שמירה? מיידלעך דארפן מער שמירה ווי אינגלעך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י) אויפ'ן פסוק (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ, יְבָרֶכְךָ בְּבָנִים", דער אייבערשטער וועט דיר בענטשן מיט קינדער, "וְיִשְׁמְרֶךָ בְּבָנוֹת", און דיר אפהיטן מיט דיינע טעכטער; זעט מען אז מיידלעך דארפן האבן מער שמירה ווי זין.


די ריכטיגע וועג איז אנצוגרייטן די קינדער פאראויס זיי זאלן נישט אריינפאלן אין די הענט פון מניוולים. ערשטנס דארפן עלטערן אויסלערנען די קינדער זיי זאלן נישט גיין מיט א פרעמדער מענטש, קיינמאל נישט אריינגיין אין א פרעמדע שטוב אדער קאר, און אזוי אויך ווען מען גייט אין שול אדער צו א שמחה - נישט צו גיין אין שטילע ליידיגע פלעצער.


אזוי אויך דארף מען רעדן צו די קינדער - סיי אינגלעך, סיי מיידלעך, קלאר און דייטליך - נישט זיך לאזן אנרירן אין פריוואטע פלעצער, און אויב חס ושלום איינער וויל טון עבירות, ער וויל אנרירן אין פריוואטע פלעצער וכו' - זאל עס זיין אפילו א נאנטער מענטש, איינעם וועם מען קען; א פעטער, א ברודער וכדומה - זאלסטו אנטלויפן און רופן פאר הילף. מען דארף רעדן צו קינדער ווען זיי זענען נאך ריין און געזונט, זיי זאגן: "עס זענען דא קראנקע מענטשן, פון אינדרויסן זעט מען דאס נישט אן, מען דארף זיך אכטונג געבן פון זיי; אויב זיי ווילן אנכאפן ביים אות ברית קודש - זאלסטו נישט מורא האבן צו שרייען אויף יענעם, און זאלסט קומען דערציילן".


מי לנו גדול פון דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו וואס האט געהייסן די מלמדים רעדן צו די קינדער פון קדושה; עס איז היינט שוין געדרוקט די דרשות פון אסיפות מלמדים, ווי מען פרעגט דעם רבי'ן זכותו יגן עלינו וואס מען זאל טון, יא רעדן צו די קינדער פון קדושה אדער נישט רעדן פון קדושה? דער רבי ענטפערט: "אודאי זאל מען רעדן!" מען האט גע'טענה'ט מיטן רבי'ן, אפשר זאל מען נישט רעדן; דער סאטמער רבי האט אלעס אוועקגעמאכט און געהייסן זיינע מלמדים רעדן צו די קינדער פון קדושה. היינט זעט מען ווי גערעכט ער איז געווען, ווען עס קומען ארויף טאג טעגליך מעשיות, מענטשן דערציילן ווי זיי זענען געווארן גע'הרג'עט דורך מניוולים, און נאכאלץ זענען דא פאר'עקשנ'טע מענטשן מיט שיטות נישט צו רעדן. א רחמנות אויף א קינד וואס פאלט פאר א מניוול, עס וואלט אים שוין ענדערש געווען צו פאלן אין די הענט פון א רוצח און איין מאל שטארבן, ווי צו האלטן אין איין שטארבן א גאנץ לעבן.


עלטערן דארפן בעטן דעם אייבערשטן די קינדער זאלן בלייבן ריין, זיי זאלן בלייבן ערליך; לעבן מיט פחדים יעדע רגע 'וואו זענען די קינדער?' - איז נישט די וועג, פון די אנדערע זייט, לאזן די קינדער הפקר - איז זיכער נישט די וועג, מען דארף נעמען די מיטל וועג, אכטונג געבן אויף די קינדער, וויסן מיט וועם זיי חבר'ן זיך. ווען מען קומט אין שול דארף מען האלטן די קינדער מיט זיך, קליינע קינדער איז שווער זיי זאלן זיצן א גאנץ דאווענען, דארף מען מיט ברענגען קליינע שפילצייג מיט וואס די קינדער קענען זיך האלטן באשעפטיגט אין די צייט פון דאווענען, פארשטייט זיך עס זאל נישט מאכן קיין גערודער, נישט שטערן דאס דאווענען; מען ברענגט מיט גוטע זאכן און ווען די קינדער דאווענען מיט - האט מען זיי מיט וואס צו באלוינען.


וואויל זענען די עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער, וואס בעטן פאר די קינדער - וועלן זיי זוכה זיין צו ליכטיגע דורות.


 דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס האט אוועקגעגליטשט פון אידישקייט?
חינוך הילדים, קינדער, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א חבר וואס זיין זון האט לא עלינו אוועק געגליטשט פון אידישן וועג, און דער זון האט אים געזאגט אז ער האט זיך געטראפן מיט א מיידל, און דער טאטע ווייסט נישט וואס צו טון.


ער האט מיר דאס דערציילט נאר ווייל ער ווייסט אז איך בין מקורב צום ראש ישיבה און ער וויל אז איך זאל פרעגן וואס דער ראש ישיבה קען אים אן עצה געבן.


אגב זאגט ער מיר אז זיין זין קומט אהיים פאר פסח, און ער וויל איר מיטברענגען. און ער זאגט מיר אז אויב זיין זון קומט טאקע, מוז ער אוועקפארן מיט די גאנצע משפחה צו אן האטעל אויף פסח, צוזאמען מיט דעם זון.


וואס זאל ער טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דיין חבר ער זאל נישט אפהאקן מיט זיין זון; זאג אים ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אז זיין זון האט געטראפן א אידישע מיידל, וואס וואלט ער געקענט טון ווען זיין זון אנטלויפט און מישט זיך אויס מיט אומות העולם השם ישמרינו? אז זיין זון האט געטראפן א אידישע מיידל - זאל ער רעדן מיט אים און אים מחזק זיין, ער זאל זיי חתונה מאכן כדת וכדין. זאג דיין חבר אז דאס איז נישט איין מעשה וואס פאסירט, דאס איז מעשיות וואס פאסירט ביי די שענסטע משפחות; קינדער גייען אוועק, מען פאלט השם ישמרינו; וואס טוען עלטערן? קלוגע עלטערן נעמען א טייל אין די שמחה, זיי מאכן די שמחה, זיי דאנקען דעם אייבערשטן אז זייער קינד איז א איד און האט חתונה מיט א איד, און מען בעט פאר זיי און פאר אלע קינדער אז אלע זאלן גיין בדרך התורה.


זאג דיין חבר ער זאל זיך נישט פארלירן, ער זאל מתפלל זיין אז דער זון זאל תשובה טון, דערצייל אים די מעשה פון הייליגן רבי נתן מיט זיין חבר רבי נפתלי; דער הייליגער צדיק רבי נפתלי, א תלמיד פון רבי'ן, דער רבי האט אים גענומען אלס אן עדות פאר די הבטחה וועגן די תיקון הכללי. דער רבי נפתלי זכרונו לברכה האט געהאט א זון וואס איז ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, פלעגט רבי נפתלי גיין יעדן טאג צום ציון און מתפלל געווען אז דער זון זאל שטארבן; תפילה העלפט, און ער איז טאקע געשטארבן. ווען רבי נתן זכרונו לברכה האט דאס געהערט האט ער געזאגט פאר זיין חבר רבי נפתלי: "נפתלי, איך פארשטיי דיך נישט, אז דו האסט אזא כח פון דאווענען, פארוואס האסטו געבעטן ער זאל שטארבן? וואלסט געדארפט בעטן ער זאל תשובה טון, וואלט ער זיך צוריקגעקערט צום אייבערשטן!" זאל ער אזוי טון, בעטן דעם אייבערשטן פאר אלע זיינע קינדער, זיי זאלן אלע גיין בדרך התורה.


זאג דיין חבר ער זאל רעדן צו זיינע קינדער, ער זאל זיי זאגן אז מען דארף רחמנות האבן אויפ'ן ברודער, ער איז נעבעך נישט געזונט; אזוי ווי עס זענען דא מענטשן וואס זייער גוף איז נישט געזונט, אזוי איז דא נעבעך אידישע קינדער וואס זייער נפש, רוח ונשמה איז נישט געזונט; מען זאל אים מקרב זיין, מען זאל בעטן פאר אים. זאג דיין חבר ער זאל נישט מאכן קיין סוד פון דעם פאר די קינדער, ווייל אזוי ווי אים פייניגט עס, פייניגט דאס אויך די ברידער און שוועסטער; ער זאל רעדן צו די קינדער פון דעם, מען דארף רעדן אינאיינעם, עס איז געזונט דאס אויסצושמועסן.


אויב וועט דער זון שפירן ווי די טאטע מאמע האבן אים ווייטער ליב - וועט מען קענען פועל'ן ביי אים ווען ער קומט אהיים ער זאל אנטון א קאפל, און אז ער קומט מיט זיין כלה - זאל זי גיין אנגעטון אביסל איידעלער וכו'; זיי וועלן זיך זיכער צושטעלן.


נאך אביסל קומט משיח, אלע אידן וועלן צוריקקומען צום אייבערשטן.

#28 - דורך דערמאנען נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע
שמחות, רפואה, קינדער, סגולות, עין הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח אז מיר האבן וועמען צו פרעגן.


מיר ווארטן ברוך ה' אויף א שמחה, און מיין ווייב וויל וויסן אזוי ווי יעצט איז סוף פון די גוי'אישע יאר, און יעצט איז דא צו קויפן זאכן און קליידער פאר ביליגער, אויב מ'זאל איינקויפן פון פאראויס?


אויך האבן מיר געוואלט וויסן וואס מען טוט עפעס סגולות אז אלעס זאל גיין כשורה אויפ'ן בעסטן פארנעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט מען זאל נישט קויפן פון פאראויס וועגן עין הרע.


אויף די צווייטע פראגע, וואס מען טוט וכו'; מוהרא"ש זאגט מען זאל זאגן נעמען פון צדיקים, דאס איז א סגולה פאר א גרינגע לידה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, חלק ב' סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורך דערמאנען נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע, און נאכדעם זאל מען בעטן א תפילה:


"יהי רצון מלפניך עס זאל זיין די ווילן פון דיר טאטע אין הימל, בזכות וואס איך האב געזאגט די נעמען פון די צדיקים וואס האבן זיך זייער גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בזכות זייער תורה, זייער ערליכקייט - העלף מיר איך זאל געבוירן גרינגערהייט א געזונט קינד, אלעס זאל אריבערגיין גרינג. איך בעט דיר הייליגער באשעפער, נעם אוועק פון מיר שלעכטע אויגן, קיינער זאל נישט מאכן קיין עין הרע, נישט אויף מיר און נישט אויף מיינע קינדער, העלף מיר איך זאל האבן ערליכע קינדער, הייליגע קינדער, קינדער וואס וועלן נאר טון דיין ווילן, יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, י"י צורי וגואלי, אמן כן יהי רצון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס מאכט נאס?
חינוך הילדים, רפואה, קינדער, בזיונות, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, מיין זון איז זיבן יאר אלט, און ער מאכט יעדע נאכט נאס, וואס איז די עצה?


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל האבן כח ממשיך צו זיין. דער ראש ישיבה ראטעוועט מיין עתיד אויף די וועלט און יענע וועלט, איך האף איך זאל אייביג בלייבן ביי די שכל און עס געדענקן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זייער אכטונג ער זאל נישט ווערן צעבראכן פון דעם, די געשוויסטער דארפן נישט מיט האלטן, ווייל די זאך פון נאס מאכן גייט אריבער מיט די צייט, ווען מען ווערט עלטער - גייט דאס אוועק; אבער די אנדערע זאך, די זאך פון ווערן פארשעמט און צעקלאפט - דאס איז א זאך וואס בלייבט דעם גאנצן לעבן, עס מאכט חרוב דעם עתיד.


ווערט נישט פארלוירן אז ער דערוועקט זיך נישט, עס איז א זאך וואס פאסירט ביי אסאך קינדער. איך האב דאס געהאט ביי מיינע קינדער, איך האב זיי מחזק געווען זיי זאלן בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, און תפילה העלפט, תפילה טוישט די טבע, תפילה איז די שטערקסטע זאך; מען דארף נאר האבן סבלנות, מען דארף בעטן און ווארטן, און בעטן און ווארטן - ביז מען זעט די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.