שאלה אין קורצן ענין
#26 - ווי אזוי מאך איך אז מיין מאן זאל זיך אויסקומען מיט מיין טאטע?
שלום בית, שווער און שוויגער, חיזוק פאר פרויען, קאמפלימענטס, רעדן, שבת ליכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי איך קען מאכן אז מיין מאן זאל זיך בעסער אויסקומען מיט מיין טאטע, ער געבט זיך ממש נישט קיין עצה מיט אים, און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


מיר האבן חתונה געהאט נישט לאנג צוריק, און איך וויל אזוי שטארק ער זאל האבן א גוטע קשר מיט מיין טאטע, וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט אזוי ווי אהרן הכהן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות דרבי נתן יב, ג) ער האט משנה געווען מפני השלום. ראובן איז געווען צעקריגט מיט שמעון זיי האבן נישט גערעדט איינער מיטן צווייטן, האט ער געזאגט פאר ראובן: "שמעון וויל זייער שטארק מאכן שלום, ער שעמט זיך נאר פון דיר, ער האט דיך זייער ליב", און אזוי האט ער געטון מיט שמעון, ער האט אים געזאגט: "ראובן וויל זייער שטארק רעדן מיט דיר, אבער ער שעמט זיך"; ביז זיי האבן זיך געטראפן איינער מיטן צווייטן און שלום געמאכט.


זאגט אייער מאן ווי שטארק אייער טאטע האלט פון אים, און פאר אייער טאטע זאלט איר זאגן אז אייער מאן רעדט זייער שיין פון אים, און אפילו איינער האט וויי געטון דעם צווייטן - קען מען נאכאלץ זאגן שיינע ווערטער, ווי: "יענער האלט פון דיר, ער האט זיך פארלוירן - האט ער געזאגט וכו', אבער ער מיינט נישט".


דורכן געבן א גוט ווארט פון איינעם צום צווייטן קומט נישט ארויס קיין שאדן, עס קומט ארויס נאר גוטס, און מען דארף נישט מורא אז יענער וועט זאגן עס איז נישט אמת, און אויב איינער איז אביסל שארפער פונעם צווייטן, זאגט מען יענעם: "מיין מאן איז זייער הייקל, ער קען נישט נעמען די וועג פון רעדן שטארק", אדער מען זאגט פאר'ן מאן: "מיין טאטע איז זייער הייקל, ער נעמט יעדע זאך פערזענליך, זאלסטו פרובירן מער אכטונג געבן"; א פרוי מיט אביסל שכל - קען מאכן איר מאן מיט איר טאטע זאלן זיין זייער נאנט.


ווען איר צינדט ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום צווישן אייער משפחה, און פאר ערליכע דורות; ווייל וואס תפילה פועל'ט קען מען נישט פועל'ן מיט קיין שום אנדערע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - וואס טו איך ווען מיין שוויגער שיקט א נישט צניעות'דיגע קלייד?
שלום בית, צניעות, כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט אין א 'מכתב יומי' פונעם ראש ישיבה שליט"א, ווי דער ראש ישיבה שרייבט, "דיר בעט איך, האב רחמנות אויף דיין לעבן, מאך נישט אוועק צניעות, רייס נישט אראפ דיין ווייב. אז זי פרעגט דיר אויף א קלייד אויב עס איז גוט, אז זי זאגט דיר 'מיין מאמע זאגט מיר איך זאל נישט גיין מיט דעם' - לאך זיך נישט אויס און מאך א געשפעט, זאג איר: "פאלג דיין מאמע, גיי נישט מיט דעם, אזוי וועלן אונזערע קינדער אונז אויסהערן"; זאג איר: "וואס וועט זיין, אונזערע קינדער וועלן זיך אויסלאכן פון אונז, זיי וועלן מער נאכגיין די לינקע גאס".


האב איך געוואלט פרעגן וואס מען טוט ווען די מעשה איז פארקערט, אז איר מאמע האט איר געקויפט א מתנה א קלייד, אבער איך האלט אז עס איז נישט גענוג איידל, וואס דארף איך דעמאלט טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט מחזק דיין ווייב צו גיין אנגעטון בצניעות. עס איז דא ביי אסאך אינגעלייט און יונגע ווייבלעך אז מען האט א רייץ וכו', מען זוכט ווי מען קען אראפנעמען פון די צניעות וכו', און ווען די עלטערן; די מאמע אדער די שוויגער זאגן: "מען גייט נישט אזוי, עס איז נישט צניעות'דיג" - דארף דער מאן האבן שכל נישט צו מאכן קיין מחלוקות, נישט העצן די ווייב קעגן איר מאמע, און אודאי נישט קעגן די שוויגער, נאר מחזק זיין די ווייב זי זאל זיין באשיידן און נישט אוועקגיין פון די איידעלע וועג.


ווען די מעשה גייט פארקערט, די מאמע קויפט קליידער וואס איז נישט אזוי צניעות'דיג - דארף מען אכטונג געבן נישט וויי צו טון די מאמע. כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה, מען טאר נישט טענה'ן און נישט גיין אין ויכוחים מיט די עלטערן. מען באדאנקט זיך און נאכדעם לייגט מען די קליידער אין די זייט, און מען טוט זיך נאר אן איידל.


זיי שטארק, זיי מחזק דיין ווייב זי זאל גיין אנגעטון איידל; נישטא קיין שענערע זאך ווי אן איידעלע אידישע פרוי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כה:): "אשה מקושטת לתלמידי חכמים" - דאס איז שיין און דאס איז גוט; די אלע וואס מאכן נאך די גוים, די אומות העולם - ווערן נישט פרייליך, עס מאכט נישט בעסער די שלום בית, די ליבשאפט צווישן מאן און ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - פארוואס דארף איך ארייננעמען מיין טאכטער ווען מיין איידעם פארט קיין אומאן?
אומאן, שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין איידעם איז לעצטנס נתקרב געווארן צו ברסלב, ער הערט אויס אייערע שיעורים, און ער איז געפארן אויף ראש השנה קיין אומאן.


דאס וואלט מיך נישט אזוי געשטערט, אבער וואס בין איך שולדיג אז ווייל ער פארט קיין אומאן דארף איך ארייננעמען מיין טאכטער אויף יום טוב צו מיר, זיי האבן קיין עין הרע א שטוב מיט קינדער?


שפעטער האב איך געזען א בריוו פון אייך ווי איר שרייבט פאר איינעם, "פארשאף פאר דיין ווייב א פלאץ וואו צו זיין אויף יום טוב", וואס הייסט "פארשאף"? איך בין דער וואס ווערט פארשאפט. אויף וועמענ'ס חשבון זאגט איר דאס אז מ'זאל זיך אנלייגן אויף מיר אויף יום טוב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם מוז איך דיר זאגן אז דו ביסט א גוטער שווער, דו קריגסט זיך נישט מיט דיין איידעם, עס שטערט דיר נישט אז ער פארט קיין אומאן, דאס ווייזט אז דו ביסט א קלוגער מענטש; וויפיל מען הערט פון אינגעלייט וואס האבן צו טון מיט זייער שווער ווען זיי פארן ראש השנה קיין אומאן, ווי די שווער און שוויגער העצן אן די גאנצע משפחה קעגן זייער איידעם, ביז עס ענדיגט זיך מיט א גט השם ישמרינו.


יעצט צו דיין פראגע, וואס דו ברויזט אויף מיר אז איך האב דיר געשיקט דיין טאכטער וכו'; איך ווייס נישט ווער דו ביסט און ווער דיין איידעם איז, אז עס איז דיר שווער אריין צו נעמען דיינע קינדער אין אייניקלעך אויף יום טוב - דארפסטו דאס זיי זאגן. עס איז זייער וויכטיג ווען די חתונה געהאטע קינדער קומען מיט זייערע קינדער, זיי לייגן זיך אן אויף די עלטערן - זיי צו זאגן קלאר ווען יא צו קומען און ווען נישט צו קומען. אויב מען קען ארייננעמען די קינדער און אייניקלעך אויף א שבת אדער אויף א יום טוב, מען האט די כוחות צו קאכן, באקן און רוימען - איז זייער שיין זיי צו לאדענען אויף שבת און יום טוב, און אז מען זעט אז מען איז נישט ביי די כוחות - דארף מען זיי געבן צו פארשטיין אז מען קען נישט קומען זיך אריין פאקן מיט די גאנצע משפחה.


קומענדיגע יאר זאלסטו מסביר זיין פאר דיין איידעם אז עס איז שווער פאר דיר און דיין ווייב אריין צו נעמען דיין ווייב מיט די קינדער אויף יום טוב, ער זאל איר פארשאפן א פלאץ וואו צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#23 - ווי אזוי קען איך זיך בעסער פארשטיין מיט מיין איידעם?
שווער און שוויגער, תפילות אויף אידיש, נחת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' חתונה געמאכט מיין עלטסטע טאכטער פאר אפאר יאר צוריק און זיי האבן שוין א קינד ברוך ה', אויך איז מיין איידעם זייער גוט צו מיין טאכטער און ער העלפט איר ווען ער קען. איך האב אבער א פראבלעם אז מיין איידעם גלייכט נישט צו רעדן צו מיר, צו מיין ווייב קען ער רעדן צוויי שעה אין א צו, אבער ווען איך קום אהיים ענדיגט ער די שמועס אין אפאר מינוט און ער גייט אוועק. אויך ווען מ'קומט צו שמחות פרובירט ער צו שטיין ווייט פון מיר, אויך ביי די שבת סעודות איז ער נישט באקוועם אין מיין הויז, ער פארגינט מיר קוים א האלבע שמייכל פון מאל צו מאל, ער איז נישט באקוועם ווען איך הייב אויף זיין בעיבי, און ער האט נישט ליב ווען איך רוף אים.


איך זע נישט וואס איך האב געטון שלעכט, איך האב אים קיינמאל נישט געזאגט וואס צו טון, אויך האב איך זיך קיינמאל נישט געמישט אין זיינע געשעפטן, און איך האב אים אלץ געהאלפן סיי מיט געלט אדער וואס מעגליך, כ'ווייס נישט אויב איך רעד אפשר צו שיין צו אים און ער האט עס נישט ליב, אדער אפשר איז נארמאל אז אן איידעם שטייט ווייט פון זיין שווער, כ'האב אזויפיל יארן געווארט צו האבן אן איידעם, אבער ס'טוט מיר וויי אז איך פארשטיי זיך נישט מיט אים, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א נארמאלע זאך אז דער איידעם שעמט זיך פונעם שווער און פירט זיך צוריק געצויגן נעבן דעם שווער.


דאנק דעם אייבערשטן אז דיין טאכטער איז צופרידן, ער העלפט איר און איז איר געטריי; וואס נאך דארפסטו? וואס מער דארפן עלטערן ווי נחת ביי די קינדער?


איין זאך וואס איך פארשטיי נישט, וואס מיינסטו צו זאגן אז דו האסט אזויפיל יאר געווארט צו האבן אן איידעם? וואס דארף מען אן איידעם? וואס איז דא צו טון מיט אן איידעם?! לאז אים לעבן מיט דיין טאכטער; אז דיין טאכטער איז צופרידן וואס נאך דארפסטו? אז ער וויל שמועסן מיט דיר איז גוט און אז נישט איז נאך בעסער; וועט ער אהיים גיין שמועסן מיט דיין טאכטער און בויען זיין שטוב.


געוואוין זיך צו צו שמועסן מיט'ן אייבערשטן; נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות ותפילה, די עצה וואס משיח צדקינו וועט אריינברענגען אין די וועלט; מען זאל רעדן צום אייבערשטן, שמועסן מיט אים, דערציילן אלעס וואס גייט אריבער און אים דאנקען אויף אלעס.


גיי יעצט אין א ליידיגע פלאץ, זעץ דיך אוועק און זאג: "איך דאנק דיר אייבערשטער פאר מיין לעבן, פאר מיין ווייב און קינדער, פאר מיין חתונה געהאטע קינדער און אייניקלעך", - וועסטו שוין גארנישט דארפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#22 - וואס טוט מען ווען די שנור האט נישט רעספעקט פאר איר מאן?
שלום בית, שווער און שוויגער, דרך ארץ, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שטארקע פראבלעם, איך האב חתונה געמאכט מיין זון ברוך ה', באמת א טייערער בחור א ירא שמים און א בעל מידות, אבער מיין שנור רעדט זייער נישט דרך ארץ'דיג צו אים, זי רעדט צו אים אזוי ווי זי וואלט געווען זיין מאמע, זי זאגט זייער שטארק איר מיינונג, נישט אויף א וועג פון זיך דורך שמועסן מיט אים. ווען זיי קומען צו אונז אויף שבת דארף איך זיך איינהאלטן אז איך זאל נישט שרייען אויף איר, "ווער האט דיך געפרעגט?! אזוי רעדט מען צו א מאן?! וואו איז די ביסל רעספעקט?"


איך ווייס אז איך, אלס די שוויגער, טאר זיך נישט אריינמישן אין זייער לעבן. איך פריי זיך אז מיין זון האט א ווייב, און זיי לעבן ברוך ה' א גוט לעבן אינאיינעם, אבער עס גייט מיר ממש אויף די נערוון ווען איך הער ווי זי באפעלט אים וואס צו טון, זי רעדט פון זיינע פראבלעמען אין פארנט פון מענטשן, למשל ווען זי פרעגט מיך וואס זי קען טון אז איר מאן זאל זיין מער מסודר'דיג, און זי פרעגט עס אין פארנט פון אים. איך ענטפער איר מיט א שמייכל, אבער איך שפיר אז וואלט איר געדארפט מחנך זיין אז מ'קען נישט מאכן קיין וויצן אויפ'ן מאנ'ס חשבון.


איך ווייס אז איך טאר איר גארנישט זאגן, און איך וועל איר ווייטער טייער האלטן, ווי אזוי קען איך אבער זען אז זי זאל טוישן איר שלעכטע וועג פון רעדן? ביי מיר אין שטוב געבט מען זייער אכטונג אויף דעם, מען רעדט מיט רעספעקט, סיי די קינדער צו אונז, און סיי מיר צווישן זיך, עס איז זייער קעגן די חינוך ווי אזוי אונזער שטוב פירט זיך. אפילו די מיידלעך צווישן זיך, ווען זיי דארפן זיך טיילן מיט די ארבעט, זאגן זיי נישט "דו מוזט עס טון", נאר "אפשר לאמיר זיך צעטיילן מיט ארבעט".


עס שטערט מיך, איך וויל איר נישט אראפקוקן, ווייל אויסער די זאך - וואס בעצם האלט איך אז עס איז נישט פון שלעכטקייט, נאר מער א חסרון ידיעה, קיינער האט איר נישט געזאגט אז אזוי רעדט מען נישט - איז זי זייער גוט, אין אלעס אנדערש. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר ווייזן די ריכטיגע וועג מיט סייעתא דשמיא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער א שווערע שאלה; זאגן די שנור ווי אזוי זיך צו פירן איז נישט כדאי, און נישט זאגן איז אויך נישט קיין עסק; עס איז זייער א ווייטאגליכע שאלה.


א שאד מען לערנט נישט מיט די מיידלעך אין סקול - מידות; ווי אזוי זיך צו פירן, ווי אזוי צו רעדן מיט אנדערע - בפרט מיט די מאן. אנשטאט לערנען זאכן וואס האט נישט קיין שייכות מיט לעבן, אנשטאט לערנען די אלע יארן אין סקול זאכן וואס וועט פון דעם גארנישט בלייבן פאר'ן לעבן - וואלט מען געדארפט לערנען וואס דאס לעבן איז, ווי אזוי צו רעדן מיט א מאן, ווי אזוי צו רעדן מיט אנדערע; דאס עקלדיגקייט פון גאווה, דאס פארפוילטקייט פון אוועקמאכן א צווייטן, בפרט די מאן; מבטל זיין זיינע ווערטער וכו' וכו'.


בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער; זין און טעכטער, איידעמער און שנורן - זאלן זיין איידל און ערליך. בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער און אייניקלעך זאלן לעבן מיט שלום און ליבשאפט, נאר תפילה איז די עצה; אן תפילה איז מען פארלוירן, ווידעראום מיט תפילה קען מען טוישן יענעמ'ס נאטור, תפילה איז אזוי שטארק, עס איז שטערקער פון אלעס!


דער בריוו וועט זיין געדרוקט אין ספר עצתו אמונה; ווען אייער זון וועט קומען צו אייך אויף שבת - זאלט איר לייגן דעם קונטרס ביי זייער שטוב, אזוי וועט אייער שנור ליינען דעם בריוו, וועט זי זיך כאפן, זי וועט טראכטן אז זי דארף פאררעכטן; זי וועט תשובה טון און מער נישט רעדן מיט עזות צו איר מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - מיין שווער קוקט מיר אראפ, וואס קען איך טון?
שווער און שוויגער, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה געהאט בערך א יאר צוריק, איך בין זייער צופרידן אינדערהיים. איין זאך שטערט מיר זייער שטארק, אז מיין שווער קוקט אויף מיר אראפ, ער איז מיר מבטל און האלט אז איך בין גארנישט ווערד.


מיין שווער איז א חשוב'ער מענטש, מיין טאטע איז אויך אן איש מכובד, ס'קוקט אויס אז די שידוך איז געמאכט געווארן לכבוד די מחותנים, אבער מיר אליין גלייכט נישט מיין שווער. ער זאגט מיר נישט קיין דעות, פארקערט, ער האט מיר נאך קיינמאל נישט געזאגט קיין דעה אויף וואס איך טו, און איך בין אים זייער מכיר טובה דערויף, אבער איך זע אויף זיינע בליקן, ווען איך זיץ ביי די סעודה און אנדערע פלעצער, אז ער איז מזלזל אין מיר, ער האלט פון מיר ווי פון א קליין קינד, און ווען איך רוף זיך אמאל אן עפעס ביי די סעודה אדער עפעס, קוקט ער אזוי זייטיג מיט זלזול, אמאל קען ער עס אפילו אוועקמאכן מיט א מאך מיט די הענט.


איך האב א נאנטע קשר אינדערהיים, איך בין זייער צופרידן און איך מיין אז זי איז אויך צופרידן. קען זיין אז איך בין נישט אזוי שטארק ווי מיין שווער, אדער ווי זיינע אנדערע קינדער. ווען ס'ווערט נולד א שאלה אין די משפחה, און אלע לומדים הויבן אן אריינצורעדן, בין איך דער קליין קינד. אבער גראדע, מיט מיינע שוואגערס בין איך זייער נאנט, איך שפיר זיך נישט אראפגעקלאפט פון זיי, אבער פון מיין שווער יא.


אסאך מאל פאר שבת, גרייט איך זיך צו, איך זאל קומען צוגעגרייט צו א סעודה און איך זאל האבן וואס צו רעדן, אבער מיט דעם אלעמען, ער באהאנדלט מיר ווי א קליין קינד, אפילו אין אנדערע זאכן. ער פילט אז איך בין א שוטה און איך שפיר עס נישט. איך האלט נישט אז ער האט טענות אויף זאכן וואס איך טו, איך מיין אז ס'איז נישטא אויף וואס צו האבן קיין טענות. ער באטראכט מיר נאר ווי א נאר, און ער מיינט אז איך שפיר עס נישט.


דאס שטערט מיר מורא'דיג שטארק און איך קען עס שוין נישט איבערטראגן. דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען דיר נישט און איך קען נישט דיין שווער, איך ווייס נישט אויב עס איז טאקע אזוי; ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער זעט מיר אויס אז דאס איז דיין אייגענע פראבלעם, עס איז דו אליינס וואס דו קלאפסט זיך אראפ ווען דו גייסט צו דיין שווער. דו ביסט נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם, זייער אסאך אינגעלייט גייען דאס אריבער אין זייערע ערשטע יארן, מען צעדרוקט זיך אליינס, מען וויל מאכן א פנים פאר'ן שווער אז מען איז א למדן וכו'.


דאס זעלבע זענען דא פארקערט, אסאך צעדרוקן זיך פון זייער איידעם; מען הייבט אן מאכן נייע מנהגים פון ווען די טאכטער האט חתונה, מען האט מורא 'וואס וועט מיין איידעם זאגן אויף מיר? וואס וועט מיין איידעם טראכטן אויף מיר?' מען הייבט זיך אן פירן אנדערש ווי ביז אהער, דער איידעם זיצט ביים טיש מיט זיינע דמיונות און דער שווער זיצט אנטקעגן אים מיט זיינע דמיונות, ביידע שפילן א שווערע שפיל, עס דרוקט זיי אין מח, יעדער מיינט אז דער אנדערער קוקט אים אראפ אדער ארויף.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט ארויסגיין פון דמיון, זאלסט אנהייבן לעבן מיט'ן אייבערשטן; טון וואס דער אייבערשטער זאגט מיט א שמחה און אויב יענער האלט יא פון מיר אדער נישט - דאס האט נישט מיט מיר, דאס האט מיט יענעם. איך ווייס פון א ברסלב'ער חסיד וואס ביי אים איז נישט קיין חילוק ווען מען געבט אים א קאמפלימענט אדער מען זאגט אים קריטיק, ער פאר זיך בעט דעם אייבערשטן ער זאל טון נאר דעם רצון השם און וואס אנדערע זאגן האט נישט מיט אים, עס גייט אים ניטאמאל אן.


לאמיר זאגן אז עס איז יא אמת, דיין שווער לאכט זיך אונטער פון דיר, זאלסטו זיך נישט נעמען צום הארץ; זאלסט אכטונג געבן נישט צו דערציילן דיין ווייב, איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז דיין ווייב קוקט יא שיין אויף דיר, איז דאך גוט; דאס איז דאך דער עיקר, עס זאל זיין שלום אין שטוב, עס זאל זיין אהבה אין שטוב. זאלסט קיינמאל נישט רעדן צו איר קעגן אירע עלטערן; זאלסט איר שטענדיג זאגן 'דיין טאטע איז א גוטער מענטש', זי וועט דאס איבערזאגן פאר אירע עלטערן, אזוי וועט דיין שווער אנהייבן קוקן שיין אויף דיר.


אין יעדנפאלס, מען לאכט יא פון דיר - מען לאכט נישט פון דיר, דו זאלסט זען מען זאל האלטן פון דיר אין הימל, אויבן זאל מען קוקן שיין אויף דיר.


דערמאנסט מיר א מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט אסאך דערציילן. עס איז באוויסט אז צדיקים האבן געהאט א גרויסער ענין צו אונטערהערן פסח ביינאכט ווי פשוט'ע מענטשן מאכן דעם סדר מיט זייערע גרייזן וכו', איינער פון די צדיקים האבן געהערט פסח ביינאכט ווי א פשוט'ער איד וויינט ביי די ווערטער: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר?" ער האט עס איבערגעזאגט נאכאמאל און נאכאמאל מיט הייסע טרערן, ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער?" האט ער געענטפערט: "איך פארשטיי נישט גארנישט, איך זע דער חכם זאגט עפעס, דער רשע זאגט עפעס, וואס גייט מיר אן וואס דער חכם זאגט אויף מיר? וואס גייט מיר אן וואס דער רשע האלט פון מיר? איין זאך גייט מיר אבער יא אן: 'תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר'? ער ווייזט מיט'ן פינגער ארויף אויבן: 'וואס זאגט מען אויף מיר אויבן אין הימל (אויף רוסיש זאגט מען 'דארט' - תָּם); דער האלט פון מיר, דער צווייטער האלט נישט פון מיר, איינער זאגט איך בין א בטלן, א צווייטער זאגט איך בין א שלימזל, אבער רבונו של עולם וואס האלסטו פון מיר? רבונו של עולם איך וויל דו זאלסט קוקן אויף מיר גוט, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג; מער פון דעם אינטערעסירט מיר נישט'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו לעבן מיט אמונה, עס זאל אונז נאר אנגיין רצון השם יתברך.

#20 - מיין שווער נעמט אסאך לחץ פון מיר, זאל איך ווייטער גיין צו אים?
שלום בית, כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרישער יונגערמאן, איך האב חתונה געהאט אביסל מער ווי א האלב יאר צוריק, איך בין דער ערשטער איידעם ביי מיין שווער, מיין שווער איז מיר זייער מכבד, אבער אסאך מאל זע איך אז ער האט זייער אסאך לחץ און פרעשור פון מיר, ווען איך קום צו אים וויל ער ווייזן אז אלעס איז מסודר הונדערט פראצענט אין שטוב, און אז די קינדער פאלגן, ער שוויצט ממש פון פרעשור אז אלעס זאל מיר געפעלן.


פון מיין זייט קום איך אויך פון א געבענטשטע שטוב מיט קינדער ברוך ה', און איך פארשטיי אז ווען די שטוב איז נישט אויפגערוימט איז גארנישט געשען, און ווען איך וויל עפעס ארויס העלפן ווערט ער ממש היסטעריש, אבער איך וויל אים נישט מצער זיין און איך ווייס נישט וואס איז בעסער זאל איך מיך אפהאלטן פון גיין צו אים אדער זאל איך יא גיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, ט"ז כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


על פי הלכה דארף מען מכבד זיין די שווער און שוויגער אזוי ווי מען איז מכבד טאטע מאמע; אזוי פסק'נט דער מחבר (יורה דעה סימן רמ, סעיף כד): "חַיָיב אָדָם לְכַבֵּד חָמִיו", מען איז מחויב צו מכבד זיין דעם שווער.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט מיר זאלן רופן די שווער טאטע און די שוויגער - מאמע; אזוי ווי דוד המלך האט גערופן זיין שווער, שאול המלך - 'טאטע', אזוי ווי עס שטייט (שמואל א כד, יא): "וְאָבִי רְאֵה גַּם רְאֵה", ער האט אים גערופן טאטע.


דו זאלסט ווייטער גיין צו זיי; זארג נישט, עס וועט אריבער גיין א שטיק צייט און דו וועסט ווערן א חלק פון די משפחה, מען וועט זיין נאטירליך מיט דיר, מען וועט נישט האבן קיין שום דרוק ווען דו קומסט.


דו פון דיין זייט זיי ווייטער מכבד דיין ווייב'ס עלטערן; דאס וועט מאכן שטארק דעם קשר צווישן ענק, זי וועט זען ווי שטארק דו שעצט זיי וועט זי ווערן איינס מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - ווי אזוי קען איך צוריק ברענגען מיין שווער קיין ברסלב?
שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, משפחה, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל וויל איך זיך באדאנקען אויף מיין לעבן, איך בין שוין עטליכע און צוואנציג יאר אלט, אבער למעשה לעב איך קוים א האלבע יאר. פון ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים האב איך אנגעהויבן לעבן, איך האב אנגעהויבן ליב האבן צו לעבן, מיין שלום בית האט זיך געטוישט, מיין תורה און תפלה האט זיך געטוישט, און מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט, א גרויסן יישר כח.


מיין שאלה איז אזוי, מיין שווער איז זייער א חשובער איד, אן עובד ה' און זייער א וואוילער מענטש. יארן צוריק פלעגט ער האבן שייכות מיט ברסלב און ער פלעגט פארן אויף אומאן, אבער צוליב די פאליטיק וואס האט זיך דארט אפגעטון האט ער זיך זייער פארעקלט פון ברסלב, ער האט אויפגעהערט פארן קיין אומאן, און ער וויל נישט האבן גארנישט מיט ברסלב. זייט דעמאלט איז ער ממש אליין אויף דער וועלט, ער באלאנגט נישט צו קיין שום פלאץ אדער חסידות.


עס שטערט אים נישט אז איך בין אנגעקומען אויף ברסלב, און ער האט אויך א זון אין ברסלב, אבער איך זע ווי ער מוטשעט זיך אזוי שטארק אין לעבן, און איך האב ממש רחמנות אויף אים. איך וואלט זייער געוואלט אים אומקערן צום הייליגן רבי'ן דורך די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען דאס טון אויף א קלוגע וועג אן אים צו טשעפען און אן צו שטערן זיין שלום בית, און אזוי ווייטער.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין שווער האט אפגעלאזט ברסלב צוליב די זעלבע סיבה פארוואס רבי נתנ'ס שווער האט געהאקט טאג און נאכט אויף חסידים.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן תכא): דער הייליגער רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה איז געווען אן איידעם ביי הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה. רבי דוד צבי איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט אין אוקריינא: שאריגראד, קרעמניץ און מאהליב. ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש, דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "דיין שווער איז א צדיק", אזוי אויך האט דער הייליגער רבי ברוכ'ל פון מעזיבוזש זכותו יגן עלינו געזאגט אויף אים: "וואו ער גייט, גייט אליהו הנביא מיט מיט אים"; דער רבי דוד צבי האט נישט ליב געהאט חסידים, ער האט געהאקט טאג און נאכט אויף חסידים.


אין אנהייב איז רבי דוד צבי געפארן צום הייליגן צדיק רבי פנחס קוריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס זיינע חסידים רעדן אנטגעקען דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, האט רבי דוד צבי געטראכט אז ער גייט פארן צו דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צי רבי מיכל זלאטשובער זי"ע און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים ליצנות אויף רבי פנחס קאריצער זי"ע, ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו'. עס האט אים זייער וויי געטון די מחלוקות און פירוד לבבות צווישן די גרויסע צדיקים ביז ער האט מחליט געווען און געזאגט: "איך גלייב אז ביידע זענען אמת, וואס זיי רעדן אויף אים און וואס זיי רעדן אויף אים"; דאס האט אים געמאכט ער זאל פיינט האבן חסידים. פון דעמאלט האט ער יעדן טאג געמאכט א שיעור מיט זיינע קינדער און איידעמער ווי ער פלעגט רעדן צו זיי אנטקעגן חסידים.


דאס האט זייער געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס פעלט אויס די אלע מחלוקות און קריגערייען; ווען רבי נתן איז געקומען דעם ערשטן ראש הנשה צום רבי'ן, אום שנת תקס"ג און ער האט געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ה), איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, א קשיא וואס זיין שווער האט מיט אים געלערנט אלע יארן, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז די אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים דאס איז נאר ווייל מען וויל דיר פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיר צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


דיין שווער איז נישט דער איינציגסטער וואס האט אפגעלאזט ברסלב צוליב מחלוקת וכו', זייער אסאך מענטשן זענען אנטלאפן פון ברסלב צוליב די עזות פנימ'ער וואס מאכן א שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן, און אסאך ווערן נישט מקורב און לאזן נישט זייערע קינדער מקורב ווערן צוליב די וואס מאכן א שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): "וְהִנֵּה הָיָה רָאוּי שֶׁיִּמָּשְׁכוּ כָּל בְּנֵי אָדָם לְזֶה הַצַּדִּיק שֶׁהוּא בְּחִינַת עָפָר שֶׁיֵּשׁ לוֹ כּחַ הַמּוֹשֵׁך כַּנַּ"ל", די גאנצע וועלט וואלט זיך ווען צוגעקלעבט צום צדיק, "אַךְ עַל יְדֵי כֹּחַ הַמַּכְרִיחַ, מַפְסִיקִין וּמַרְחִיקִין מִמֶּנּוּ. הַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ בְּנֵי אָדָם, שֶׁעַל יְדֵי דִּבּוּרָם וּמַעֲשֵׂיהֶם הֵם מַכְרִיחִים אֶת בְּנֵי אָדָם, לְהַפְסִיקָם וּלְהַרְחִיקָם מֵהַצַּדִּיק", נאר עס זענען פארהאן מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און זייער רעדן זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך צוריק האלטן פון קומען צום צדיק.


די בעסטע וועג מקרב צו זיין דיין שווער צוריק צו קומען צום רבי'ן איז דורך דיין התנהגות; אז דו וועסט זיך אויפפירן ווי א תלמיד היכל הקודש וועסטו מקרב זיין דיין גאנצע משפחה צום רבי'ן. זייער אסאך תלמידי היכל הקודש האבן זוכה געווען צו מקרב זיין זייער גאנצע משפחה צום רבי'ן דורך זייער התנהגות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש לערנט תורה און פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - ווי אזוי קען איך האבן א גוטע שלום בית?
שלום בית, שווער און שוויגער, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אייער עבודת הקודש, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין.


יעצט צו מיין שאלה, גלייך נאך אונזער שבע ברכות האב איך צוליב געטון פאר מיין מאן און געגאנגען וואוינען נעבן זיינע עלטערן, וואס איז ווייט פון די שטאט וואו מיינע עלטערן וואוינען, מיר פרובירן זיך מכבד צו זיין איינער דעם צווייטן, אבער למעשה איז מיר זייער שווער.


ביי מיין שוויגער אינדערהיים איז נישטא קיין שלום בית ווי עס דארף צו זיין, מיין מאן איז קיינמאל נישט געגאנגען צו שלום בית שיעורים, און דעריבער ווייסט ער נאר וואס ער האט געזען ביי זיינע עלטערן, ער מיינט זיכער נישט קיין שלעכטס, אבער אסאך מאל קען ער מיר זייער מצער זיין, און ער כאפט אפילו נישט וואס ער טוט.


פון די אנדערע זייט מישט זיך מיין שוויגער זייער שטארק אריין אין אונזער לעבן, זי הייסט אונז פונקטליך וואס מיר דארפן טון, און זי פארלאנגט מיר זאלן כסדר קומען צו איר. און ווען מיר גייען צו איר איז מיין מאן נאר פארנומען צו שמועסן מיט זיין מאמע, און קוקט בכלל נישט אויף מיין זייט. אפילו אינמיטן די וואך גייט ער אסאך צו זיין מאמע, און ער בלייבט דארט שמועסן מיט איר ביז שפעט ביינאכט. איך בין אינדערהיים און איך ווארט ער זאל שוין אהיימקומען, אבער איך מוז גיין שלאפן ווייל ס'ווערט שפעטער, און ווען ער קומט שוין ענדליך אהיים אזוי שפעט ביינאכט, האב איך שוין נישט קיין געפיל צו אים.


איין קרוב האב איך אין דעם שטאט, און מיר גייען אמאל צו יענעם, און ווען זיין מאמע ווערט געוואויר דערפון הויבט זי אן צו פארפירן פארוואס מיר קומען נישט ענדערש צו איר.


וואס קען איך טון צו האבן א גוטע שלום בית? וואס קען איך טון וועגן מיינע שוויגער-עלטערן וואס מישן זיך אזויפיל אריין? איך האב מורא אויף מיין צוקופנט, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז עס נעמט צייט פאר א פרישע פארפאלק צו לעבן באהבה ואחוה, נאכדעם וואס דער מאן קומט פון זיין וועלט און די ווייב קומט פון א צווייטע וועלט. און זיי דארפן ארבעטן צווישן זיך צו קומען נענטער און נענטער און זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן; אז מען האט סבלנות און מען ווארט אויס איז מען זוכה נאכדעם צו א שיינע לעבן.


דאס אז אייער מאן לויפט שטענדיג צו זיינע עלטערן וכו'; דאס פאסירט זייער אסאך ביי א יונגע פארפאלק. אסאך מאל איז דער מאן דער וואס לויפט שטענדיג צוריק צו די עלטערן, ער שפירט זיך דארט בעסער, און אסאך מאל איז די ווייב די וואס לויפט שטענדיג צוריק צו אירע עלטערן ווייל דארט שפירט זי מער באקוועם וכו'; עס נעמט צייט ביז מען הייבט זיך אן צו באקענען איינער מיטן צווייטן און מען הייבט אן לעבן אן אפענעם לעבן.


אז אייער מאן איז אייך מצער דארפט איר זיין אפן מיט אים און אים זאגן אייער ווייטאג. די שליסל פאר שלום בית איז צו זיין אפן איינער מיטן צווייטן, אז אייער מאן טוט אייך וויי, ער איז אייך מצער - זאלט איר אים שיינערהייט זאגן ווי שטארק עס באדערט אייך דאס וואס ער האט געטון. זאגט אים ווי שטארק איר האט אים ליב און ווי שטארק איר ווילט זיין מיט אים, וועט ער זיכער אנהייבן אהיים צו קומען צייטליך. זאג אים ווי שטארק איר שעצט זיין כיבוד אב ואם, אז ער רעדט מיט זיינע עלטערן און גייט צו זיי, דאס איז זייער א גרויסע מצוה, אבער פון די אנדערע זייט זאלט איר אים שיינערהייט בעטן ער זאל אהיים קומען צייטליך, זאגטס אים אז איר ווילט נישט גיין שלאפן אליינס, איר ווילט ער זאל אהיים קומען אין צייט, וועט ער זיכער קומען צו אייך און זיין מיט אייך.


פרובירטס מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פרייליך און שטענדיג זאלט איר זיין גרייט פאר אייער מאן, איר זאלט אים שטענדיג אויפנעמען מיט א שמייכל, וועט זיין "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם (משלי כז, יט)", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער שפיגלט מען זיך דערין - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד, אזוי אויך איז דער לעבן; אויב מען שמייכלט צו א 'שפיגל' זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק, און אויב מען ווייזט א זויערע פנים צום 'שפיגל' זעט מען צוריק א זויערע פנים.


ועל כולם נעמטס די עצה פון הייליגן רבי'ן פון התבודדות, רעדטס זיך אויס אייער הארץ צום אייבערשטן און דערציילטס אים אלעס וואס באדערט אייך. בעטס אים עס זאל זיין ליבשאפט פון אייך צו אייער מאן און פון אים צו אייך, וועט איר זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט א שווערע שווער און שוויגער?
שווער און שוויגער, שמחה, עצבות, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה געהאט פאר נישט צו לאנג, איך מיט מיין ווייב ארבעטן און מיר פרובירן אנצוגיין אין לעבן, איך בין אבער זייער פארווייטאגט אין לעבן, צוליב מיין שווערע שווער און שוויגער מיט וועמען איך בין אריינגעפאלן.


איך בין געווען זייער א גוטער און געלונגענער בחור, ווען ס'איז אבער געקומען צו שידוכים איז מיר געגאנגען זייער שווער, ווייל איך האב איין באבע וואס איז א ספרדי'שע, און ביי אונז אין חסידות ... איז דאס א געפערליכע זאך, און ס'שאדט זייער שטארק פאר א שידוך.


האב איך געמוזט מסכים זיין צו דעם שידוך, מיט א שווער און שוויגער וואס זענען נישט אינגאנצן בסדר, עס פעלט זיי נישט קיין געלט, אבער ביי זיי גייט עס אז די זין באקומען אלעס, זיי האבן געקויפט דירות פאר אלע זין, אבער די טעכטער באקומען גארנישט, שוין אינמיטן די שבע ברכות האבן זיי נישט געוואלט געבן פאר מיין ווייב צוויי שקלים ווייל זי האט שוין חתונה געהאט און זי באלאנגט שוין אין זייער משפחה...


דער מצב טוט מיר זייער וויי, און דאס מאכט מיר זייער דעפרעסט. פאר די חתונה פלעג איך דאווענען, רעדן צום אייבערשטן, און איך פלעג לערנען פלייסיג, אבער יעצט דאווען איך נישט שוין צייטליך, איך דאווען נישט מיט מנין, כ'האב שוין נישט געעפנט קיין גמרא אין דריי חדשים, איך בין זייער דעפרעסט און טרויעריג.


איך האף איר וועט מיר קענען מחזק זיין און ארויסהעלפן.


א גרויסן יישר כח, ארי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, נר ד' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ארי נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל אבער איך פארשטיי נישט דיין פראבלעם; דיין שווער קומט דיר עפעס?! דיין שוויגער קומט דיר עפעס?! וואס איז מיט דיר געשען אז דו ביסט אזוי דיפרעסט - עד כדי כך אז דו גייסט נישט דאווענען און דו לערנסט נישט? טאנץ פאר שמחה אז דו האסט א ווייב, פארוואס זאלסטו נישט קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער האט מיט דיר געטון; דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר א נס אז דו האסט חתונה געהאט און דו האסט א טייערע ווייב, אנשטאט דו זאלסט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף דעם נס, זוכסטו פון אונטער דער ערד אויף וואס זיך אפצורעדן... איך וואלט דיר געזאגט דו זאלסט אויף הערן צו באשולדיגן יעדן איינעם, וויי קיינער איז דיר גארנישט שולדיג.


א מענטש וואס דאנקט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך ווייל יעדע זאך איז ביי אים ווי א מתנה; אז ער קען זען - איז דאס ביים אים א מתנה; אז ער קען הערן, רעדן און שמעקן - איז ביי אים ווי א מתנה און ער דאנקט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף די אלע זאכן - אזא מענטש איז נישט ברוגז אויף קיינעם, ער חזר'ט שטענדיג צו זיך: 'קיינער קומט מיר גארנישט און קיינער איז מיר גארנישט שולדיג; בפרט מיין טאטע מאמע, שווער און שוויגער און מיין ווייב זענען מיר גארנישט שולדיג, אדרבה איך בין זיי שולדיג 'הכרת הטוב''; אזא מענטש לעבט א זיסע און געשמאקע לעבן ווייל יעדע זאך וואס ער באקומט דאנקט מען און מען לויבט פון וועם מען האט עס באקומען.


איך האף אז דו רעדסט נישט צו דיין ווייב אנטקעגן אירע עלטערן; אפילו זי אליינס קען זיך אמאל אפרעדן אויף איר טאטע מאמע זאלסטו חס ושלום נישט רעדן אויף זיי, ווייל דאס וועט איר זייער וויי טון און דאס וועט מאכן א פירוד אין דיין שלום בית. רעדט צו איר שיין פון אירע עלטערן, דאס וועט ברענגען קירוב לבבות צווישן אייך.


ווען דו גייסט צו דיין שווער און שוויגער זאלסטו זיי מכבד זיין, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מדרש שוחר טוב, שמואל-א, כד): "חַיָיב אָדָם בְּכָבוֹד חָמִיו כְּבִּכְבוֹד אָבִיו", א מענטש איז מחויב צו מכבד זיין זיין שווער פונקט אזוי ווי ער דארף מכבד זיין זיין טאטע; נאך אביסל וועסטו שוין האבן א גרויס מיידל, טראכט אריין ווי אזוי עס וועט זיך שפירן ווען איינער וועט קומען און איר אנרעדן אנטקעגן דיר? ער וועט האבן אזויפיל שכל ווי דיר און ער וועט שרייען אז דו קומסט אים די גאנצע וועלט, ער וועט נאך ברענגען זיינע ראיות וכו', ווי אזוי וועט דיר עס שמעקן?


זע צו לערנען אין שטוב און גיי נישט ארויס ביינאכט, א אינגערמאן דארף זיין אין שטוב ביינאכט; לערן אין שטוב אז דיין ווייב זאל זען ווי דו לערנסט. א פרוי האט זייער ליב צו זען ווי איר מאן לערנט און זי קוקט אסאך מער ארויף איר מאן ווען זי זעט אים לערנען.


אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה וועסטו האבן פון אלעם גוטס; דו וועסט נישט דארפן געלט פון דיין שווער, אדרבה, דו וועסט האבן אזוי פיל אז דו וועסט נאך קענען העלפן דיינע עלטערן און דיין שווער און שוויגער, דו וועסט זיין א משפיע נישט קיין מקבל.


א ליכטיגן חנוכה.

#16 - פארוואס נאר אונז האבן נישט קיין אייגענע דירה?
אידיש געלט, שווער און שוויגער, תפילות אויף אידיש, פרנסה, שמחה, מדות טובות, עצבות, דירה, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די לעכטיגע שיעורים, עס איז ממש מחיה נפשות ברוך ה', יישר כח אייבערשטער.


איך שפיר ווי מיין לעבן איז מיר געווארן ביטער ביטער שווער. מיר זענען א יונגע קאפל, חתונה געהאט אפאר יאר, מיר האבן נישט קיין אייגענע דירה, דא אין ארץ ישראל איז ביטער שווער קויפן א דירה, די פרייז איז גאר טייער, אפילו מיט די הילף פון ביידע זייטן עלטערן. און דא הייבט זיך אן אונזער פראבלעם.


מיין מאנ'ס משפחה האט נישט קיין שום געלט, מיינע עלטערן האבן געברענגט אביסל א קליינע סומע, אבער זיי האבן כאטש געוויזן אז זיי אינטערעסירן זיך אין אונז, זיי פרובירן כאטש צו העלפן, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך ווי איך האב ממש פיינט מיין מאנ'ס עלטערן, עס אינטערעסירט זיי ממש גארנישט פון אונז, מיין שווער און שוויגער האלטן ממש נישט ביים געבן עפעס. איך שפיר ממש ווי איך גיי אויס פאר קנאה פאר מענטשן וואס זייערע עלטערן געבן זיי געלט, און זיי האבן א שיינע הויז.


די גרעסערע פראבלעם איז אבער אז מיין שוויגער געבט יא און העלפט יא גאר אסאך פאר מיין מאנ'ס ברידער, זי קויפט זיי און געבט זיי נאכאנאנד זאכן און דאגה'ט זיי. זי האט אונז בכלל נישט ליב, איך שפיר אז קיינער האט אונז נישט ליב ביי מיין מאנ'ס זייט. ווייל מיר האבן נאכנישט א דירה, זענען מיר גארנישט ווערד, וואס טו איך? איך האב זיי נישט ליב, איך האב פיינט מיין מאנ'ס עלטערן.


איך וויל נישט קומען אויף שבת ווייל מיין שווער איז א גרויסער קמצן, די לעקטער פארלעשט זיך דארט מיט א זייגער אינמיטן די סעודה, אויך די עירקאנדישאן, פונקט פארקערט פון די גרויסע שפע וואס גייט ביי מיין טאטע, מיין מאן וויל אבער יא גיין.


וואס טוט מען? איך שפיר זיך אזוי שלעכט, איך וויל אזוי שטארק אויך האבן א גרויסע הויז דא אין שטאט, אבער עס קאסט 2 מיליאן שקל, זאלן מיר זיך רייסן מיט חובות? אדער ווארטן ביז ווען? אן הגרלה אויף דירות און אביסל מער ביליג אבער עס איז גרייט נאך אסאך יאר? איך האב מורא אריינגיין אין טיפע חובות, ווי אויך איז גאר א סכנה דא אין ארץ ישראל מיט די באנק.


ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אונז געבן א גוטע עצה און אן ענטפער, איך ווארט זייער אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי ממש נישט וואס די צרה איז און אויף וואס די געוויינען זענען; וואס האט א גוט לעבן צו טון מיט האבן אן אייגענע דירה? מען קען האבן אן אייגענע דירה און גארנישט האבן, און מען קען לעבן א זיסע לעבן אן האבן אן אייגענע דירה; איז וואס איז דאס געוויין און דאס געשריי אויף נארישקייטן.


עס איז א סכנה זיך אפצורעדן און צו קרעכצן; אז מען וויינט אויף גארנישט ברענגט דאס שווערע צרות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה טז, כ) די אידן האבן געוויינט ביי די מרגלים, האט דער אייבערשטער זיי געזאגט: "אתם בכיתם בכיה של חנם לפני", ענק האבן געוויינט אומזיסטיגע געוויין, "אני אקבע לכם בכיה לדורות", איך וועל ענק מאכן וויינען אויף אלע דורות; ווען מען וויינט אויף גארנישט מיט נישט, ברענגט מען שווערע צרות, אויך ברענגט דאס אלע עבירות. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב סימן ז, אות יא): "כִּי בְּזֶה הַחֵטְא וְהַפְּגָם", ווייל אז מען וויינט אומזיסט אויף גארנישט און אויף נישט, מען קרעכצט און מען רעדט זיך אפ - "תְּלוּיִים כָּל הָעֲווֹנוֹת", דאס ברענגט אלע עבירות, "כּוֹלֵל כָּל הַחֲטָאִים", דאס איז אזוי הארב ווי אלע עבירות רחמנא לצלן. דער רבי זאגט דארט ווייטער: "כְּפִי מַה שֶּׁזּוֹכֶה לִפְעֹל בַּקָּשַׁת סְלַח נָא", און אז מען איז מתקן די פגם, מען הערט אויף וויינען, מען רעדט זיך נישט אפ, מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן - "מִזֶּה נַעֲשֶׂה בְּחִינַת חֲנֻכַּת הַבַּיִת", קען מען זוכה זיין צו א נייע שטוב, באקומען אן אייגענע הויז.


דאס וואס איר שפירט ווי דאס לעבן איז אייך ביטער ביטער - דאס האט נישט מיט די דירה, דאס איז די קנאה וואס מאכט חרוב אייער לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה, עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן - ווערן זיינע ביינער פארפוילט; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן, קנאה מאכט דאס לעבן אויס, מען עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט, און דאס מאכט מען זאל ליב האבן די אנדערע געשוויסטער און אייך נישט, קנאה שטופט אוועק אהבה, איר דארפט בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, איך זאל זיין צופרידן מיט מיין לעבן", אויך זאלט איר עסן יעדן טאג אפאר שטיקלעך קנאבל, דאס איז א סגולה אוועק צו נעמען קנאה און א סגולה מען זאל זיך אליין ליב האבן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות אהבה, סימן יא): "הַשּׁוּם מְסֻגָּל לְאַהֲבָה", עסן קנאבל איז א סגולה צו זיך ליב האבן, און קיינעם נישט מקנא זיין.


ווי לאנג א מענטש האלט אז מענטשן קומען אים עפעס - איז א גרויסע רחמנות אויף אים; מען ווערט פון דעם חרוב. אז עלטערן העלפן די קינדער מיט א הויז, מיט געלט וכו' - איז דאס א שיינע זאך; דאס מיינט נישט אז זיי דארפן דאס טון, און אז זיי געבן פאר א טייל קינדער יא און פאר א טייל קינדער נישט - קען מען נישט האבן קיין טענות, מען דארף זיי ווייטער מכבד זיין און געדענקען אז די געלט און די הויז און אזוי ווייטער - אלעס איז פונעם אייבערשטן.


איר זאלט ווייטער גיין אויף שבתים צו זיינע עלטערן און זיי מכבד זיין, און טוט נישט וויי אייער מאן, רעדט נישט צו אים קעגן זיינע עלטערן; עס איז א גרויסע עבירה און א גרויסע שטות פון די ווייבלעך וואס העצן אויף זייער מאן קעגן זייער טאטע מאמע, דאס מאכט חרוב די שלום בית, מען פארלירט אלעס.


בעטס דעם אייבערשטן די תפילה:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין דאנקבאר פאר יעדן איינעם, איך זאל נישט מיינען אז עס קומט מיר עפעס. הייליגער באשעפער העלף מיר אויסארבעטן מיינע שלעכטע מידות, איך האלט אז אלע קומען מיר, אלע דארפן מיר טון, אלע דארפן מיר מאכן. אויך די שלעכטע מידה פון קנאה; איך ווער אויפגעגעסן, איך האב נישט הנאה פון לעבן.


אנא השם, איך בעט דיר אייבערשטער, רחם עלי, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה צו גלייבן אז דו טוסט אלעס, דו ביסט אלעס, אלעס קומט פון דיר און נאר צו דיר דארף מען זיך ווענדן".


אזוי זאלט איר בעטן, און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות, ביז עס וועט אייך גוט ווערן אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - פארוואס בין איך אזוי אומבאקוועם ביי מיין שווער?
שלום בית, שווער און שוויגער, תפילה והתבודדות, אמונה, לחץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט פארוואס, אבער יעדעס מאל וואס איך גיי צו מיין שווער'ס הויז, אפילו נאר פאר אפאר מינוט, וויל איך נאר אנטלויפן פון דארט, איך שפיר זיך זייער נישט באקוועם דארט; דער פראבלעם איז אבער אז מיין ווייב יא פארברענגען דארט מער. צומאל שפיר איך פשוט אז איך קען נישט דארט זיין אפילו פאר איין מינוט, איך גיי ממש פלאצן.


ווען איך עס דארט די שבת סעודה, זינג איך נישט מיט די זמירות, דאס שטערט שטארק פאר מיין שווער, ער וויל זייער איך זאל יא מיטזינגען, איך קען אים אבער נישט מסביר זיין וואס איך פיל, איך שפיר ממש צעקוועטשט און איך האלט עס נישט אויס.


איך בעט זייער דעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו געבן אן עצה ארויס פון דעם פראבלעם ווי שנעלער, ווייל איך קען נישט מער, איך האב שוין נישט קיין כח צו דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס מאכט זיך אזוי ביי אינגעלייט וואס זיי ווילן געפעלן דעם שווער, און פון גרויס לחץ שפירן זיי נישט באקוועם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:) אויפן פסוק (תהלים סו, יב): "הרכבת אנוש לראשנו, באנו באש ובמים, 'כיון שנצטרך אדם לבריות נידון באש ובמים'", אז מען וויל געפעלן א צווייטן, מען פירט זיך נישט אויף נאטירליך, יעדע תנועה איז געמאכט - דאס ברענגט גרויס לחץ, מען שפירט ווי מען ווערט פארברענט אין פייער און דערטראנקען אין וואסער; דאס איז גורם דו זאלסט זיך נישט געפינען באקוועם ביי דיין שווער.


נישט גיין איז נישט די עצה, מען קען נישט זאגן פאר די ווייב אז מען גייט מער נישט צו אירע עלטערן, די בעסטע עצה איז זאלסט ארייננעמען דעם אייבערשטן אין זיך, מאך נישט קיין מציאות פון קיינעם, נישט מורא האבן פון קיינעם; מען דארף מכבד זיין א שווער, זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ, אבער יראה ופחד דארף מען האבן נאר פונעם אייבערשטן.


נעם די עצה פון תפילה והתבודדות, וואו דו גייסט און וואו דו שטייסט - זאלסטו זיך שטילערהייט שעפשען תפילות ובקשות, דורכדעם וועסטו באקומען א שטארקע אמונה, דו וועסט מורא האבן נאר פון אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - וואס טו איך אז מיין איידעם איז נישט קיין ברסלב'ער?
שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, משפחה, התנגדות, נחת, איידעם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים וואס געבן מיר אזויפיל חיזוק,
דער אייבישטער זאל געבן כח ווייטער פאר'ן ראש ישיבה שליט"א צו מחזק זיין אידישע קינדער עד מאה ועשרים שנה.


איך וויל פרעגן אזוי ווי איך האב ברוך ה' חתונה געמאכט מיין טאכטער מיט א חשובע מאן, ער איז זייער וואויל, אבער עס שטערט מיר זייער שטארק אז ער איז א ... חסיד, ווי אזוי דארף איך עס אננעמען? איך וויל אזוי שטארק ער זאל זיין א ברסלב'ער חסיד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מאכסטו זיך נאריש, דארפסט דאנקען דעם אייבערשטן, זינגען און טאנצן - אז דו האסט ערליכע דורות, דיין טאכטער האט א מאן אן ערליכער איד; וואס איז א חילוק וועלכע חסיד מען איז? כל זמן די קינדער זענען אידן, זיי גלייבן אין אייבערשטן און היטן תורה און מצוות - דארפן די עלטערן זינגען און טאנצן פאר שמחה אז עס בלייבט ערליכע דורות.


אזויפיל משפחות ווערן נעבעך צוריסן פון די נארישע זאכן, מען עסט זיך אויף ווען מען זעט א זון אדער איידעם גייט צו אן אנדערע קרייז, מען מאכט מחלוקות, מען האקט אפ מיט די קינדער, מען העצט אויף די משפחה רחמנא לצלן. וויפיל עלטערן נעבעך וויינען און קלאגן אז זייערע קינדער האבן ליידער אפגעלאזט שמירת התורה והמצוות, דאס איז א צרה ה' ירחם, דאס איז אויף וואס מען דארף וויינען, אבער ווען א קינד דערוועלט זיך א צווייטע חסידות, אדער קהלה, קרייז - און זיי פירן זיך מיט תורה און יראת שמים - דארף מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


אז דיין איידעם געהערט צו א פלאץ וואס דארט קריגט מען אויף ברסלב - זאלסטו נישט מאכן פון דעם קיין עסק, דו זאלסט אים געבן ליבשאפט אזוי ווי פאר אלע אנדערע איידעמער, און רעד צו אים פון רבינ'ס דיבורים אן דערמאנען דעם רבינ'ס נאמען. דער רבי האט אונז בפירוש געזאגט מיר זאלן רעדן צו אנדערע פון זיינע תורות אן דערמאנען זיין נאמען, דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט: "וואס ארט עס מיר אז א איד וועט בענטשן ברכת המזון מיט מער כוונה אן דעם וואס ער זאל וויסן אז דאס קומט פון מיר".


איך בעט דיר זייער, זיי מקרב ומחבב דיין איידעם, די ... חסידים האבן אין זיך זייער גוטע כלים צו מקבל זיין די לימודים פון רבי'ן, זיי האבן א שטארקע אמונת חכמים און א שטארקע תמימות. ביי זיי איז אויך דא די זאך פון זאגן תהלים און זאגן משניות, נאר די איין זאך איז נעבעך מעשה שטן, אז מען רעדט קעגן רבי'ן, די חסידים זענען נישט שולדיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - איז וויכטיג צו מאכן א מצוה טאנץ ביי די חתונה?
שלום בית, חתונה, כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער, מחלוקת, ספרי ברסלב, צדיקים, שלום, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר מיין שידוך, און פאר אלעס גוטס וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געטון, און טוט אלץ פאר מיר.


ש'כח אייבערשטער אז מיין חתונה דערנענטערט זיך שוין, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף. איך האב געוואלט פרעגן בנוגע די "מצוה טאנץ", אזוי ווי ביי מיין שווער פירט מען זיך אז מען מאכט נישט קיין מצוה טאנץ און ביי מיין טאטע איז מצוה טאנץ ממש אן עיקר, וויל איך פרעגן וואס איז דער ענין פון א "מצוה טאנץ", און אויב איך זאל בעטן מיין שווער אז מען זאל יא מאכן א מצוה טאנץ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם ספר יום הנשואין, א הערליכע ספר פאר חתנים, ווי אזוי אויסצוניצן די הייליגע טאג, דעם יום החופה. מוהרא"ש האט זייער שיין אויסגעשטעלט דעם גאנצן טאג, פון אינדערפרי ביז ביינאכט, יעדע פרט הערליך שיין, א וועג ווי זיך צו פירן.


קוק אריין אין אות יז, וואו מוהרא"ש רעדט פון דאס גרויסקייט פון מצוה טאנץ, אז עס איז דא אין דעם העכערע סודות, רזי דרזין, סתרי נסתרות. מוהרא"ש זאגט דארט: "ואסור להקל בזה", מען טאר נישט אפלאכן פון דעם, "והמקל בזה", און דער וואס לאכט אפ פון דעם, "מקילין חייו", לאכט אפ פון זיין לעבן "רחמנא לשיזבן", דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן, "כי כל ענין הרקודין עם הכלה נבנה על סודות עליונים", די גאנצע זאך פון טאנצן מיט די כלה איז געבויט אויף הייליגע העכערע זאכן.


מוהרא"ש זאגט (שם): "והמנהג שהחתן אוחז בידי הכלה", דער מנהג איז אז דער חתן כאפט אן די כלה, "בלי שום הפסק כלל", אן קיין צווישנשייד, "ועל ידי זה נעשה יחוד גמור בכל העולמות מעילא לתתא ומתתא לעילא", עס געשעען גרויסע זאכן אין אלע עולמות.


אודאי זאלסטו בעטן דיין שווער אויב ער קען דיר געבן די טובה דו זאלסט טאנצן מיט די כלה מצוה טאנץ, אויך אויב קענסטו האבן א צדיק ביי דיין חתונה זאל טאנצן לפני הכלה, אויך די עלטערן און די זיידעס זאלן טאנצן לפני הכלה. אז דו וועסט בעטן שיינערהייט, דו וועסט זיי געבן צו פארשטיין אז ביי ערליכע אידן איז דאס א גרויסע זאך - וועלן זיי זיך נישט עקשנ'ען, זיי וועלן עס נאכגעבן.


דער עיקר זאלסטו זיך פארנעמען יעצט ווען דו גייסט חתונה האבן נישט האבן צוטון מיט מחלוקת, עס זאל דיך נישט מבלבל זיין קיין שום זאך פון די מחותנים; ווייל בדרך כלל ביי יעדע חתונה איז דא א געטואכץ צווישן די מחותנים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קל.): "ליכא כתובה דלא רמו בה תיגרא", נישטא קיין חתונה וואס מען קריגט זיך נישט דארט, דער סמ"ך מ"ם לאזט נישט עס זאל זיך בויען א שטוב, ער ברענגט אריין פיינטשאפט צווישן די מחותנים און דאס גייט איבער צו די קינדער, די חתן כלה - ביז זיי אליין הייבן אן זיך פיינט האבן רחמנא לצלן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - זאל איך פארהאלטן מיין שווער וואס טשעפעט מיין ווייב וועגן אומאן?
אומאן, שלום בית, שווער און שוויגער, מחלוקת, ראש השנה, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלע חיזוק וואס מיר באקומען פון די בריוו אין עצתו אמונה, און פון די געוואלדיגע שיעורים, איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען קיין היכל הקודש, און איך בין זוכה זיך צו דרייען אין דעם ליכטיגן גן עדן. איך האב ברוך ה' זוכה געווען, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, צו ענדיגן ששה סדרי משנה צום צוועלפטן מאל, איך האב אויך אנגעהויבן א סדר צו לערנען די אלע פופצין שיעורים וואס מוהרא"ש זי"ע האט אוועקגעשטעלט, און מיין לעבן איז ברוך ה' גענצליך געטוישט געווארן צום גוטן, אלעס אין זכות פון דעם הייליגן פלאץ. אויסער דעם בין איך ברוך ה' זוכה אויך צו מאכן הפצה מיט די קונטרסים און די גליונות פון היכל הקודש, איך פרוביר אויך ארויסצוהעלפן די מוסדות היכל הקודש פון דאהי, און יעצט האב איך זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה.


איך האב עטליכע שאלות וואס מוטשען מיך, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן צייט מיר צו קענען ארויסהעלפן און מחזק זיין.


מיין ווייב האט ברוך ה' מסכים געווען איך זאל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, איך פיר זיך אויף צו איר זייער שיין ברוך ה' דורכאויס די גאנצע יאר, אויך מיין שווער האט גארנישט גערעדט שלעכט קעגן דעם וואס איך פאר קיין אומאן, דעם פראבלעם האט זיך אבער אנגעהויבן ווען איך בין צוריק געקומען אהיים. מיין ווייב דערציילט מיר אז די גאנצע וואך וואס זי איז געווען ביי אירע עלטערן, האט מען איר כסדר פארשעמט און געטשעפעט, מען האט נישט אויפגעהערט צו רעדן צו איר קעגן ברסלב, און דאס האט איר זייער וויי געטון. וואס דארף איך יעצט צו טון? זאל איך אויפמערקן און פארהאלטן מיין שווער, פארשטייט זיך אויף אן איידעלן אופן, אז ער זאל נישט טשעפען מיין ווייב און נישט מאכן קיין מחלוקת, אדער איז בעסער צו בלייבן שטיל און גארנישט זאגן?


צווייטנס האב איך געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך בין יעצט אין שנה ראשונה, איך בין געווען אין כולל ביז יעצט, אבער איך האב עס זייער נישט געגליכן. יעצט האט מען מיר פארגעשלאגן א מלומדות פאסטן, און איך האב עס אנגענומען. מיין שווער איז נישט אזוי פרייליך מיט דעם, דארף איך דאס אפלאזן, ווייל ער זאגט מיר גארנישט וועג דעם, אבער דא איז די זעלבע זאך, ער טשעפעט מיין ווייב וועגן דעם. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו ב', ו' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג נישט קיין איין שלעכט ווארט פאר דיין שווער, זאג אים נאר דאנק ווערטער, לויב אים און דאנק אים, זאג אים א יישר כח פאר אלעס; אזוי וועט ער דיר נישט מאכן קיין פראבלעמען, און פאר דיין ווייב זאלסטו קויפן א שיינע מתנה לכבוד יום טוב און איר דאנקען אז זי האט דיר געלאזט גיין אויף אומאן.


א שווער - און אזוי אויך א טאטע - דארף מען זייער מכבד זיין; חס ושלום טענה'ן, חס ושלום פארהאלטן, און אז זיי געבן א פסק, זיי זאגן מוסר - דארף מען דאס מקבל זיין מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, און אז זיי ווילן נישט מען זאל פארן צום הייליגן רבי'ן - ענטפערט מען נישט, מען טענה'ט נישט און מען מאכט נישט חוזק; מען הערט אויס מיט דרך ארץ, און נאכדעם אז מען האט די זכיה איבער צו קומען די מניעות - פארט מען צום רבי'ן.


רבי נתן זאגט: "דאנקען גאט אז יום כיפור איז נאך ראש השנה", אז מען איז געפארן קיין אומאן און מען האט זיך צעקריגט, און אז עס קומט יום כיפור - בעט מען זיך איבער און מען מאכט שלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#11 - פארוואס נעמט מיין שווער אן לשון הרע'ס קעגן ברסלב?
שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, ספרי ברסלב, משפחה, עצות, לשון הרע, נחת, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מזל טוב צום געבורט פון די מיידעלע, דער אייבערשטער זאל געבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אסאך נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.


איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם גאר דערהויבענעם ראש השנה וואס איך האב זוכה געווען מיטצוהאלטן דאס יאר אין אומאן אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, עס האט מיר געגעבן געזאלין פאר א גאנץ יאר. ש'כח אייבערשטער אז מיר לעבן מיט די לימודים וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, און מיר זענען די גליקליכסטע מענטשן אויף דער וועלט.


נעכטן האב איך גערעדט מיט מיין שווער אויפ'ן טעלעפאן, זייער א געשמאקע שמועס, אבער אינמיטן רופט ער זיך אן אז ער וויל מיך נאר זאגן אז ער האט נישט גע'חלומ'ט אז פון אלע זיינע קינדער וועט ער האבן די מערסטע צער פון מיר. עס האט מיר גאר שטארק וויי געטון דאס צו הערן, אבער איך האב זיך אנגעכאפט אינעם בענקל אז איך זאל גארנישט ענטפערן.


עס שטערט מיר זייער שטארק, פארוואס זאל ער נישט האבן פון מיר די מערסטע נחת? איין טאג פריער איז איינע פון זיינע זון געווען ביי מיר אין שטוב אן קיין בארד און אן קיין פיאות, געשטינקען פון דראגס, און ער זאגט מיר אז די איינציגסטע מאל וואס ער לערנט א אידיש ווארט איז נאר ווען איך שיק אים א חיזוק יומי פונעם ראש ישיבה שליט"א.


שבת חול המועד פסח האב איך געהאט אן אנדערער שוואגער ביי מיר, שוין מער א לומד'ישער, און ער האט נישט אויפגעהערט סעקירן מיין ווייב פארוואס מיר האבן נישט יעדער סארט חומרה, ער האט עס ממש נישט געקענט פארשטיין, אבער אין די זעלבע צייט האט ער בכלל נישט געדאווענט, איך האב זיך געבעטן ביי אים צו גיין דאווענען, איך האב איך אים געגעבן מיין טלית, און ער האט געזאגט יא יא, ער גייט שוין באלד גיין.


מיין הארץ איז צעריסן, פארוואס דארף דעם רבינ'ס נאמען זיין אזוי פארשעמט? הלוואי ווען איך קען ארויסברענגען מיט ווערטער וואס איך האב אלץ באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א, הלוואי זאל מיין שווער וויסן דעם אמת וואס היכל הקודש איז און וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז, אנשטאט זיך אנצוהערן מיט אלע נארישע לשון הרע'ס.


דאס האט מיר נאך מער אויפגעפלאמט צו העלפן און טון נאך מער פאר הפצה. מיין קאפ רודערט, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר? איך בענק זיך אזוי שטארק צו דער ראש ישיבה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טענה נישט מיט דיין שווער, טענה נישט מיט קיינעם, בפרט מיט עלטערן, טאטע מאמע שווער און שוויגער; אז דו ווילסט זיך טענה'ן - זאלסטו גיין התבודדות און אויסשמועסן אלעס וואס ליגט דיר אויפן הארץ, דערצייל אויס דיין הארץ פארן אייבערשטן, זאג אים דיין גאנצע עבר, און וואס האט פאסירט מיט דיר פון ווען דו האסט געטראפן דעם רבי'ן און עד היום וואס עס פאסירט מיט דיר ווען דו דערמאנסט זיך פון רבי'ן, און די התעוררות וואס דו באקומסט יעדעס מאל דו לערנסט דעם רבינ'ס ספרים.


דאס ווייסטו אודאי אז דער רבי האט זיך דאס אלעס אליינס געברענגט, דער רבי האט געוואלט עס זאל זיין מחלוקות. ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון די הייליגע נסיעה קיין ארץ ישראל האט ער געזאגט פאר אנשי שלומינו איך האב פאר אייך געברענגט א מתנה – "מחלוקות", פון היינט אן וועט מען קריגן אויף אונז. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תב): "איך האב די כח אראפצונעמען פון מיר אלע מחלוקת, איך האב בכח צו מאכן אז די גאנצע וועלט זאל קומען צו מיר און זינגען 'יחי אדונינו מורינו ורבינו', אבער איך וויל דאס נישט ווייל עס איז דא מדריגות וואו מען קען נישט אנקומען נאר דורך בזיונות", דורך דעם וואס מען טשעפט און מען שפעט איז דער מענטש ביי זיך צעבראכן, עס פאלט אוועק דער 'איך', עס איז נישטא דער 'מיך', 'זיך'; דאס האט דער רבי געוואלט.


זיי נישט ברוגז אויף דיין שווער, האלט נישט קיין האס; עס איז נישט ער, עס איז די לשון הרע'ס וואס גייט שוין אן איבער צוויי הונדערט יאר, פון דעם רבינ'ס צייטן ווי דער חולק האט אנגעדרייט די אלע לשון הרע'ס. דיין שווער מיינט זיכער אז די פלאץ איז שעדליך, אזוי ווי מען רעדט השם ישמרינו; וואלט ער געוויסט וואס דו און דיין ווייב באקומען ביים רבי'ן - וואלט ער דיך געטראגן אויף די אקסלען. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


לערן דעם רבינ'ס ספרים און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען טון וואס דער רבי פארלאנגט פון אונז, בעיקר התבודדות ותפילה; גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און שמועס מיטן אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ק): "מִּקָּטָן וְעַד גָּדוֹל אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת, כִּי אִם עַל יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת", מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר אז מען מאכט התבודדות; הער ווערטער, מען קען נישט זיין א איד נאר דורך התבודדות, נאר אז מען רעדט צום אייבערשטן אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, מען דערציילט די ירידות, די נפילות וואס דער יצר הרע מאכט מיטן מענטש; נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו זיך צופלייסן מיט לערנען די הייליגע תורה. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, אפילו מען גייט אריבער שווערע טעג, אפילו מען האט נישט קיין חברותא, אפילו מיט אלע אפילו'ס; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", דער עיקר זאל מען זאגן די אותיות פון די תורה, אפילו מען פארשטייט נישט, ווייל ביים סוף וועט מען פארשטיין.


מיין ליבער ברודער, וואס זאל איך דיר זאגן, דעם רבינ'ס ספרים איז פאר אונז א פארמעגן, נישטא קיין זאך אין לעבן וואס דער רבי זאל נישט האבן אויף דעם אן עצה; ווער עס לערנט די ספרים פון רבי'ן ווערט קלאר אין לעבן, יעדע זאך איז ביי אים קלאר, ער ווייסט ווי זיך צו פירן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצה): "אִלּוּ הָיִינוּ רוֹאִין אוֹצָר הָיִינוּ רָצִים בְּוַדַּאי אֵלָיו, וְהָיִינוּ חוֹפְרִים וּמְלַכְלְכִים עַצְמֵנוּ בְּרֶפֶשׁ וָטִיט בִּשְׁבִיל לַחְתֹּר אַחֲרָיו וּלְמָצְאוֹ", ווען איר וואלט געטראפן אן אוצר, וואלט איר דאך זיכער אהינגעלאפן און געגראבן דארט כדי צו זוכן ווי מער מען קען נעמען פונעם אוצר, איר וואלט נישט געקוקט צי איר ווערט שמוציג, נאר איר וואלט אריינגעקראכן אין בלאטע אבי צו נעמען פונעם אוצר, "וַהֲלֹא אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם, וּמַדּוּעַ לֹא יִהְיוּ לְהוּטִים וְרָצִים אַחֲרַי לְקַבְּלוֹ", איך בין דאך אן אוצר פון יראת שמים, פארוואס לויפט איר מיך נישט נאך צו נעמען פון מיין אוצר?!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - ווי אזוי קען איך ארויפקוקן מיין שווער?
שווער און שוויגער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין שווער איז א חשובער איד, מיין מאן קוקט זייער ארויף אויף זיין טאטע און האלט שטארק פון אים, אבער איך אלס שנור איז מיר זייער שווער אים ארויפצוקוקן, איך זע נישט אלעס אבער פון דאס ביסל וואס איך האלט מיט זע איך טאקע אז ער האט אסאך מעלות אבער פון די אנדערע זייט זע איך אויך ווי ער ווערט נערוועז און אויפגערעגט, ווי ער העלפט ווייניג אינדערהיים, און דאס מאכט מיך שוועריקייטן אים צו קענען ארויפקוקן.


איך וויל נישט זיין חוצפה'דיג, אבער עס איז מיר באמת שווער ארויפצוקוקן מיין שווער, וואס קען איך טון צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס גייט אייך אן אייער שווער, איר דארפט אים נאר מכבד זיין און שוין.


אייער מאן - ער דארף האלטן פון זיין טאטע און אים ארויפקוקן, איר זאלט ארויפקוקן אייער מאן, איר דארפט נישט האלטן פון אייער שווער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#9 - זאל איך פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, א חודש פאר מיין חתונה?
אומאן, שלום בית, כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, שווער און שוויגער, ראש השנה, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה אי"ה אין צוויי חדשים ארום, וואס איז די בעסטע הכנה צום דעם גרויסן טאג אין מיין לעבן?


אויך האב איך געוואלט פרעגן אויב איך זאל פארן דאס יאר צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, אויב עס איז כדאי זיך צו פארפלאנטערן מיט מיין טאטע א חודש פאר די חתונה?


מיין כלה ווייסט נישט אז איך בין אין היכל הקודש, ווי אזוי זאל איך איר דאס דערציילן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד החתן ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די גרעסטע זאך וואס דו קענסט טון, מאכן א הכנה פאר דיין חתונה - איז פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים", מען קען דעמאלט באקומען א תיקון, "מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן", אפילו אינמיטן די יאר וואלט מען נישט געקענט באקומען א תיקון, "אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן", דאך ראש השנה קען איך זיי אלע פאררעכטן. "אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם", אפילו דער הייליגער רבי קען זיי נישט מתקן זיין א גאנץ יאר, "אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים", אבער ראש השנה קען ער זיי אלע פאררעכטן, "כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּראשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת".


קריג זיך נישט מיט דיין טאטע, מיט א טאטע טאר מען נישט טענה'ען; אז ער שרייט אויף דיר זאלסט נישט פארן - זאלסטו חס ושלום נישט ענטפערן, מען טאר נישט גיין אין ויכוחים מיט עלטערן; דו פאר צום רבי'ן און דער רבי וועט דיך מתקן זיין.


דיין כלה וועט זיך פרייען אז זי באקומט א חתן וואס האט א געפיל צו פארן צו צדיקים אויף ראש השנה, בפרט ראש השנה פאר די חתונה; אלע חתנים פארן אויף מקומות הקדושים, זי וועט עס אנקוקן גוט.


ווייסט אודאי וואס דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט פאר א חתן, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטש טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהויבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


נאך די חתונה דארף מען זיין זייער קלוג צו קענען האלטן ליבשאפט צווישן די ווייב און די עלטערן. מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט, ביים הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע פון נאדבורנא זכותו יגן עלינו, ווען זיין מאמע פלעגט אריינקומען צו אים אין צימער רעדן צו אים שלעכטס אויף זיין ווייב, האט דער הייליגער רבי מרדכי'לע זכותו יגן עלינו איר אויסגעהערט מיט דרך ארץ און כבוד. נאכן ענדיגן רעדן, ווען זי איז ארויסגעגאנגען, האט ער גענומען זיין קאפל, דאס אויסגעשאקלט און זיך צוריק געזעצט לערנען. שפעטער קומט אריין די רעביצין און הויבט אן שרייען: "דיין מאמע איז דא געווען, וואס האט זי געוואלט? דיין מאמע איז א שלעכטע, א ביטערע, איך בין אסאך בעסער פון דיין מאמע", זי האט געשריגן און געשריגן; ווידער האט איר דער הייליגער רבי מרדכי'לע אויסגעהערט און געשאקלט מיט'ן קאפ, און ווען זי איז ארויס פון צימער האט ער גענומען זיין קאפל, דאס אויסגעשאקלט און זיך צוריק געזעצט לערנען.


מוהרא"ש האט אונז דערציילט די מעשה אונז צו לערנען נישט צו זיין נאריש און איבערזאגן שלעכטס וואס איינער זאגט אויפ'ן צווייטן, נאר יעדן איינעם מכבד זיין און יענעם געבן די געפיל אז מען איז גערעכט, און שלום על ישראל.


קום קיין אומאן; נישטא נאך אזא רבי, א רחמנות'דיגער רבי וואס לאזט זיך אראפ צו אונז אזוי ווי א רחמנות'דיגע מאמע וואס נעמט איר פארשמירטע קינד, וואשט עס אפ און רייניגט עס מיט אזא רחמנות; דאס טוט דער רבי מיט אונז, ער וואשט אונז אפ פון אלע פגמים און ער איז אונז מתקן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#8 - בין איך מחויב אריינצונעמען מיין שווער און שוויגער אויף שבת?
כיבוד אב ואם, הכנסת אורחים, שווער און שוויגער, משפחה, עלטערע יארן, זומער

תוכן השאלה‎

מיין שווער און שוויגער האבן אפגעמאכט צו קומען צו אונז אין אונזער קליינע פארשטופטע באנגעלאו אויף שבת, מיט מיין מאנ'ס הסכמה.


דער פראבלעם איז אז איך בין זייער זייער נישט באקוועם מיט די גאנצע זאך, איך פיל ווי סיי מיין שווער און סיי מיין שוויגער וועלן זיין אין מיין נאז א גאנץ שבת און זונטאג, עס נעמט אוועק מיין גאנצע פריוואטקייט, איך גיי דארפן שלאפן אין די קאך מיט א פורהאנג, איך וועל זיך נישט קענען דרייען באקוועמעהייט אין מיינע אייגענע ד' אמות, איך גיי שפירן ווי א פרעמדער גאסט אין מיין אייגענע שטוב, איך גיי זיין ווי א שטיקל מיסט, בלויז ווייל מיין מאן וויל געבן פאר זיינע עלטערן א שבת וואקאציע.


בין איך מחויב נאכאלץ צו מסכים זיין צו דעם, נאר ווייל מיין מאן וויל אזוי? ווען זיינע עלטערן זענען נעבן מיר, בין איך שוין גארנישט ווערד; איך בין א מענטש וואס דארף מיין רואיגקייט, מיין "ספעיס", און דא זאל איך זיך אריינלייגן אין א מצב ווי איך שפיר ווי איך האב נישט קיין לופט צו אטעמען? איך בין נישט באקוועם מיט זיי בכלל, און א קליינע באנגעלאו נאך אויך, וואס דארף איך טון? איך מעג אראפשטעלן קלאר אז איך בין נישט מסכים? איז עס גערעכט? איך טראכט אז מיין מאן קען מיך בכלל נישט פארשטיין. איך בין צעמישט אויב איך דארף זיך מוסר נפש זיין פאר דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט נישט מחויב דאס צו טון, איר דארפט דאס נישט טון; די שאלה איז, וואס וועט זיין אין אפאר יאר ארום ווען איר וועט זיין די אלטע באבע און אייער מאן - דער זיידע, און איר וועט זוכן זומער א פלאץ וואו צו זיין; איר וועט זיך זיכער מחי' זיין אויב אייער קינד וועט זיך צאמקוועטשן פאר א שבת, אייך ארייננעמען און אייך מאכן באקוועם.


על פי הלכה קענט איר זאגן: "מיר האבן נישט קיין פלאץ", "עס האט נישט קיין פשט צו שלאפן אין קאך מיט א פירהאנג וכו' וכו'", אבער וואס טוט מען נישט פאר עלטערן... דאס לעבן איז דאך נאר אינטערעסאנט אז מען קען מחי' זיין די עלטערן; אפגערעדט אז דאס איז די גרעסטע חינוך, מען ווייזט פאר די קינדער ווי אזוי מען איז מכבד עלטערן, דאן וואקסן די קינדער אויף אזוי הייליג און אזוי געזונט; זיי וועלן אייך אויך מכבד זיין.


איך בין אזוי אויפגעוואקסן אלע מיינע יארן. מיינע עלטערן האבן אריינגענומען מיין באבע, מרת רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, זי פלעגט איינשטיין א האלבע זומער ביי מיינע עלטערן; מיינע עלטערן האבן נישט געהאט א פלאץ, זיי האבן געהאט א פשוט'ע באנגעלאו, זיי האבן אוועקגעגעבן זייער שלאף שטוב פאר איר, און זיי האבן זיך אריינגעקוועטשט אינאיינעם מיט די קינדער. עס זענען געווען צוויי שלאף שטובער, די בעסטע שטוב האט מען איר געגעבן, און מיין טאטע שליט"א און מאמע תחי' האבן זיך אריינגעקוועטשט מיט די קינדער אין די צווייטע שטוב. עס איז געווען אזוי פרייליך אין שטוב, מען האט געשפירט די שכינה אין שטוב; עס איז אונז קינדער ניטאמאל איינגעפאלן אז דאס איז עפעס א זאך וואס אנדערע טוען נישט, מיר האבן געמיינט אז אלע טוען אזוי, מיר האבן געמיינט אז ביי אלע משפחות זענען די עלטערן דער עיקר פון די לעבן.


די שאלה איז, פארוואס דארף דאס זיין מסירות נפש? פארוואס זאל מען דאס נישט וועלן טון מיט שמחה?! עס וואלט ווען געדארפט זיין די גרעסטע שמחה אז די עלטערן קומען.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן די מצוה פון כיבוד אב ואם, איר זאלט לעבן מיט די מצוה - וועט איר זיך בכלל נישט דארפן מוסר נפש זיין, איר וועט הנאה האבן פון מכבד זיין די עלטערן, איר וועט האבן א זיסע לעבן.

#7 - קען איך דרייוון א קאר, ווען עס שמעקט נישט פאר מיין שווער?
שלום בית, שווער און שוויגער, דרייוון, קאר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ובפרט פאר דעם שיינעם שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן דא אין לעיקוואד.


עס איז מיר זייער שווער זיך אן עצה צו געבן אין לעיקוואד אנצוקומען צו מיין ארבעט אן א קאר. איך דארף נעמען א קאר סערוויס צו יעדע פלאץ, וואס איז דאס קאסט מיר בערך טויזנט דאלער א חודש, און אפילו מער; אויסער וואס איך פארליר אסאך צייט ביים ווארטן פאר די קאר אנצוקומען.


מיין ווייב שעמט זיך פון אירע עלטערן אז איך זאל דרייוון א קאר, ווייל מיר זענען רבי'ש, זי פארשטייט מיך אבער אז איך וויל יא האבן א קאר, זי וויל נאר איך זאל רעדן צו איר טאטע, אים מסביר זיין אז איך גיי עס נאר נוצן פאר די ארבעט.


אפשר קען דער ראש ישיבה מיר זאגן ווי אזוי עס צו זאגן פאר מיין שווער? אדער אפשר זאל איך אים גארנישט זאגן, נאר קויפן א קאר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו דרייוון, און אז דיין שווער וויל נישט דו זאלסט דרייוון - זאלסטו זיך נישט רייצן מיט אים.


דארפסט קיינעם נישט זאגן, דארפסט קיינעם נישט פרעגן רשות; קענסט אנהויבן דרייוון, זאג פאר דיין ווייב תחי' אז דו וועסט עס נאר נוצן פאר די ארבעט; איר טאטע וועט נישט וויסן פון דעם, און אויב ער וועט אויסגעפונען אז דו פירסט א קאר - וועט אויך גארנישט פאסירן.


דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן מכבד זיין דיין ווייב און אירע עלטערן, דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, עיין שיחות הר"ן (סימן רסד).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#6 - מעג איך בעטן מיין שווער נישט צו הערן ראדיא ביי מיר אין שטוב?
שווער און שוויגער, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין שווער לעבט אליין שוין פאר צענדליגע יארן, מיר זענען אים זייער מכבד און מיר העלפן אים ארויס מיט אלעס וואס ער דארף, און שוין אסאך יארן וואס ער קומט צו אונז אויף יום טוב פסח, און ער האט זייער הנאה דא צו זיין.


דער פראבלעם איז אבער אז ער איז צוגעוואוינט צו הערן אסאך ראדיא במשך דעם טאג, און ווען ער ביי אונז אויף יום טוב, וועט ער אויך אנצינדען און הערן ראדיא פאר יום טוב, חול המועד, און נאך יום טוב, און דאס שטערט מיר זייער, ספעציעל זייט איך בין מקורב געווארן צו היכל הקודש, עקל איך זיך זייער פון דעם.


מעג איך אים בעטן אויף א שיינע וועג אז ער קען קומען צו אונז אבער נאר אן די ראדיא? איך ווייס אז עס וועט אים זיין זייער שווער, אבער איך וואלט זיך יא גע'עקשנ'ט דערויף, מעג איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס ושלום, זאג אים נישט קיין ווארט.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#5 - וואס טו איך אז מיין שוויגער וויל נישט אין זאל דאווענען אין ברסלב?
שלום בית, שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, בית המדרש, משפחה, קאמפלימענטס, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יעדעס מאל וואס איך גיי דאווענען אין היכל הקודש, בין איך זיך נאכאמאל מחי' פון פריש, איך באקום א פרישע התחזקות צו דינען דעם אייבערשטן.


מיין ווייב האט נישט קיין פראבלעם איז איך גיי דארט דאווענען, אבער פאר מיין שוויגער שטערט עס יא, זי טענה'ט אז איך דארף גיין צו א געהעריגע מסודר'דיגע חסידות, און זי האלט אין איין מוטשען מיין ווייב דערוועגן, אז זי זאל מיר איבעררעדן איך זאל גיין ביי זייער חסידות, און דאס שטערט פאר מיין ווייב אז איר מאמע מאכט איר משוגע וועגן דעם.


וואס קען מען טון אין אזא מצב? מיין ווייב בעט מיר צומאל אז איך זאל גיין דאווענען מיט מיין שווער, און איך געב איר נאך, איז דאס די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז מיט דיר, זי איז נישט קיין מתנגדת אויפ'ן רבי'ן; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו ווייסט פון רבי'ן און דיין ווייב איז דיר נישט קיין אפהאלט.


אויך זאלסטו איר דאנקען; דאנק איר און לויב איר, געב איר אסאך גוטע ווערטער. איינע פון די הויפט שליסלען פון האבן שלום בית איז געבן אסאך גוטע ווערטער, נישט זיין א קארגער ווען עס קומט צו געבן גוטע ווערטער.


דיין שוויגער זאלסטו אויך באגיסן מיט גוטע ווערטער, זאג איר: "איך בין אזוי דאנקבאר אז איך האב באקומען א טייערע ווייב, איך האב ליב די משפחה, עס איז מיר אזוי גוט צו זיין דא"; שווער און שוויגער מישן זיך נישט אריין אינעם איידעמ'ס לעבן, זיי ווילן איין זאך, עס זאל זיין גוט פאר זייער טאכטער; ווען זיי זעען די טאכטער פרייליך און צופרידן, זיי זעען אז דער איידעם האט דרך ארץ - וועלן זיי שטיין אין די זייט און עסן די נחת.


דו זאלסט זיך פירן מיט די גרעסטע כבוד צו דיין שווער, זיי אים מכבד - וועט ער אנהויבן אויך דאווענען מיט דיר אין ברסלב, און דיין שוויגער וועט אויך קומען קיין ברסלב.


לאך נישט; איך האב דאס שוין געזען צענדליגער מאל, ווי עלטערן וואס זענען מתחילה געווען גרויסע מתנגדים - זענען מקורב געווארן דורך א זון, אדער אן איידעם - פון זען זייער דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - וואס טו איך אז די צניעות ביי מיין שוויגער'ס הויז איז נישט אויסגעהאלטן?
שלום בית, צניעות, שווער און שוויגער, משפחה, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס קען איך טון אז מיינע שוועגערינס און אויך מיין שוויגער גייען נישט אנגעטון אזוי צניעות'דיג, מיט צוגעפאסטע קורצע קליידער און נישט צו דיקע שטרימפ, און דאס גלייכן; און כמעט אלעמאל וואס איך קום צו זייער הויז ווער איך נכשל אין זען פיס פון פרויען ווען זיי זיצן אויפגעדעקט די קלייד העכער די קני, אדער ווי איינע פון די מיידלעך ליגט אויסגעלייגט אויף די סאפע מיט דער קלייד אויפגעהויבן.


אויך קענען זיי זינגען ווען איך בין דארט, זיי קענען מיטזינגען די זמירות, און אויב וועל איך זיי דערמאנען אז ס'איז דא פרעמדע מענער, וועט עס העלפן קוים פאר צוויי מינוט, און פארשטייט זיך אז פאר מיין שוויגער קען איך בכלל גארנישט זאגן.


דאס אז מיין ווייב טוט זיך אן מער צניעות'דיג פון אלע אירע שוועסטערס איז ממש א מסירות נפש פון איר, זי וויל זיך צושטעלן צו צניעות, אבער עס איז אויך זייער שווער ווען אלע גייען אנגעטון אזוי און זי איז אנדערש, און אויך די נייע מאדע פון יעדע סעזאן רעכנט זיך בכלל נישט מיט די כללים פון צניעות, און זי וויל נישט בלייבן אונטערשטעליג; דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט חס ושלום נישט זאגן דיין שווער און שוויגער. ווען דו גייסט צו זיי זאלסטו זיצן אין דער זייט איידל, נעם א ספר, באשעפטיג זיך מיט גוטע זאכן - וועסטו נישט ווערן געשטערט פון גארנישט, עס וועט זייער וויי טון דיין ווייב אז דו וועסט זיך קריגן מיט איר משפחה. זוך נישט איבערצומאכן די וועלט, מאך זיך אליינס איבער.


דו זאלסט דאנקען דיין ווייב אז זי איז איידל און אז זי פירט זיך מיט יראת שמים, דאס וועט איר געבן כח צו זיין שטארק און נישט פאלן פאר אירע געשוויסטער. די חיזוק זאל זיין מיט שכל, נישט אויף א וועג פון אונטעררייסן אירע געשוויסטער און איר מאמע; זאלסט איר חס ושלום נישט וויי טון. עס איז נישט קיין חיזוק ווען מען זאגט פאר די ווייב: "איך בין אזוי פרייליך אז דו ביסט נישט ווי דיין מאמע און שוועסטערס", דאס ציפט אין הארץ; דו זאלסט איר נאר זאגן ווי פרייליך דו ביסט אז זי איז איידל.


נאכאמאל, לאז אפ דעם וועג; זוך נישט צו פאררעכטן יענעם, פאררעכט זיך אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין ווייב זאל מסכים זיין צו ברסלב?
שלום בית, שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שטארק זיך ברוך ה' צו מכבד זיין מיין ווייב, אבער זי איז זייער קעגן ברסלב, זי ציטערט אז מיר זאלן נישט ווערן א ברסלב'ע שטוב, דערפאר רעדן מיר בכלל נישט איבער די נושא פון ברסלב, ווייל ווי נאר עס קומט ארויף אויפ'ן טיש, ווערט זי זייער אויפגערעגט, עס שטערט איר זייער שטארק, און דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר אבער געשריבן אז זי דארף בכלל נישט וויסן אז איך באקום חיות פון ברסלב, האב איך דאן אנגעהויבן רעדן ווייניגער אינדערהיים פון ברסלב, זי זאגט אבער אז ס'העלפט איר נישט, ווייל ס'ווייסט דעם אמת פון וואו מיין חיות קומט, און ס'וועט נישט העלפן דאס באהאלטן, און אזוי מאכט זיך כסדר אז עס קומט ארויף און ס'ווערט אנצויגן אין שטוב.


מיין שאלה איז אבער אויב ס'איז נאך אן האפענונג פאר אונז צו האבן אן אמת'ע שלום בית. ס'איז דא ברוך ה' שלום אין שטוב, אבער אלעס איז גוט נאר ביז עס קומט צו ברסלב, דאס הייסט אז ווי לאנג זי וועט נישט אנהויבן מסכים צו זיין צו ברסלב, וועט נישט זיין קיין אמת'ע גאנצע שלום בית ביי אונז. זי זאגט מיר אז זי פארשטייט אז ס'איז איר פראבלעם, אבער ס'זעט נישט אויס ווי דאס גייט זיך טוישן, אפילו מיט תפלה.


איך האב געקלערט צו רעדן מיט מיין שוויגער, אז זי זאל איר שיינערהייט מסביר זיין אז מ'דארף זיך צושטעלן צום ווילן פונעם מאן, ווייל למעשה רעדט נישט מיין ווייב מיט קיינעם וועגן דעם פראבלעם, זי עסט זיך נאר ביי זיך אין הארץ, און אפשר וועט איר מאמע איר קענען ארויסהעלפן.


איך פארשטיי איר זייער גוט, זי איז אויפגעוואקסן אין א פלאץ וואו ברסלב איז אסור, און איך פארשטיי אויך אז כדי צו באקומען די מתנות פון הייליגן רבי'ן, דארף עס קומען מיט שוועריקייטן און מניעות, און ס'לוינט זיך, אבער נאכאלץ טוט מיר זייער וויי אז ס'איז נישטא קיין גאנצע שלום בית ביי אונז.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד נישט מיט דיין שוויגער, עס וועט נישט העלפן, עס וועט נאר ערגער מאכן; עס איז נישט כדאי אריין צו מישן די עלטערן, עלטערן ווילן הערן נאר גוטע גרוסן. עלטערן האבן שוין געהאט גענוג אין לעבן די אלע יארן וואס זיי האבן אויפגעצויגן די קינדער ביז זיי זעען זיך שוין חתונה מאכן די קינדער, יעצט דארפן זיי נאר נחת, עס איז נישט גוט צו גיין צו זיי, אריינמישן די עלטערן.


דיין ווייב זאגט דיר עס וועט נישט העלפן קיין תפלה; ווער נישט פארלוירן, דו בעט דעם אייבערשטן אז דיין שטוב זאל לעבן מיט'ן רבי'ן. איך בעט דיר זייער, טענה נישט מיט איר, דו זיי שטארק מיט תפילה והתבודדות, זי דארף נישט וויסן אויף וואס דו בעטסט, אז דו וועסט האבן סבלנות וועט זיך אלעס טוישן.


פיל שווערערע זאכן ווי דאס - קען מען טוישן מיט תפילה; אז דיין ווייב זאל וועלן נעמען דעם רבי'ן - איז נישט אזא גרויסע זאך, עס קען געשען א נס אין איין מינוט אז זי זאל וועלן דעם רבי'ן, זי זאל וועלן אז די גאנצע שטוב זאל לעבן מיט רבי'ן.


בעט אויך דעם אייבערשטן פאר דיר אליינס, אז דיין געפיל ביים רבי'ן זאל בלייבן שטארק; בעט נישט נאר פאר איר, בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט בלייבן מיט די ברען און פלאקער פון יעצט, קיינער איז נישט פארזיכערט, דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער אוועק צו שלעפן מענטשן פון הייליגן רבי'ן, ער ווייסט אז כל זמן מען האלט זיך ביים רבי'ן האט ער נישט קיין שליטה אויפ'ן מענטש, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "דער גרעסטער בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן ביים רבי'ן - וועט ער אלעס פאררעכטן"; זאלסטו בעטן פאר דיר און פאר דיין גאנצע משפחה אז אלע זאלן מקורב ווערן צום רבי'ן, אלץ זיין פריש.


איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט; דו רעד שיין צו דיין ווייב, זיי איר נישט מצער, אין איר קאפ איז ברסלב געפערליך, גיי נישט אין קיין ויכוחים מיט קיינעם און זיכער נישט מיט איר; מיט איר זאלסטו שיין רעדן, אז זי פרעגט דיר זאלסטו איר זאגן וואס דער רבי געבט דיר, דאס איז דיין לעבן און דאס גייסטו נישט אפלאזן, זאל זיין וואס זאל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2 - זאל מען איבערגעבן די סעודות שבת פאר די עלטערן?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, הכנסת אורחים, סיפורי צדיקים, שווער און שוויגער, שבת טיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר צו הערן יעדע שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, און זיך פירן לויט די הדרכות וואס איך הער, און דאס געבט מיר לעבן און עצות אויף טריט און שריט.


מיין שווער קומט צו מיר אויף דעם שבת, געווענליך פיר איך זיך אז ווען ער קומט צו מיר אויף שבת געב איך אים איבער צו פירן די שבת'דיגע סעודות, אבער יעצט האב איך געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אז מ'קען ארייננעמען געסט, אבער נאר ווי לאנג דער בעל הבית פירט די סעודה, נישט ווען די געסט נעמען איבער דעם טיש, איז מיין שאלה אויב דאס גייט אויך ביי עלטערן.


די שאלה איז אויף אלע דעטאלן, אויב זיי צו זעצן אויבן אן, זיי זאלן מאכן קידוש, און אזוי ווייטער מיט אלע כיבודים, און די וויכטיגסטע פון אלעס איז אויב זיי צו לאזן פירן די שמועסן ביים טיש. פארשטייט זיך אז איך רעד פון ערליכע וואוילע אידן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עלטערן קומען צו די קינדער אין שטוב - געבט מען זיי אלעס איבער; מען געבט זיי די גאנצע כבוד, די חשוב'סטע פלאץ, די חשוב'סטע שטוב, די חשוב'סטע בעט און אזוי ווייטער.


ביים טיש ביי די סעודות שבת זעצט מען דעם טאטן אדער שווער ביים אויבן אן, זיי מאכן צום ערשט קידוש, און ביי די משפחות וואס נאר דער ראש המשפחה מאכט קידוש געבט מען דאס איבער פאר די טאטע אדער שווער, זיי פירן די סעודה.


דאס וואס מיר האבן גערעדט אז מען זאל אכטונג געבן נישט איבערצוגעבן די סעודה פאר געסט - רעדט מען נישט פון עלטערן, מען רעדט ווען מען נעמט געסט עמי הארצים וואס מאכן פון די שבת'דיגע סעודה א מושב לצים, עס גייט אוועק די גאנצע יראת שמים - פון דעם דארף מען אכטונג געבן און זען עס זאל בלייבן א צורה פון א שבת סעודה, זינגען זמירות, רעדן שיינע זאכן מיט יראת שמים און שמחה וכו'.


מען דארף געדענקען אז די סעודות שבת איז זייער א הייליגע זאך, דער הייליגער זוהר דערציילט (יתרו, פד.): "רַבִּי אַבָּא כַּד הֲוָה יָתִיב בִּסְעוּדָתָא דְשַׁבְּתָא הֲוָה חַדֵּי בְכָל חַד וְחַד", דער הייליגער רבי אבא ווען ער פלעגט מאכן די שבת'דיגע סעודה איז ער געווען זייער פרייליך, "רַבִּי שִׁמְעוֹן כַּד הֲוָה אָתֵי לִסְעוּדָתָא", דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי ווען ער איז געקומען צו די סעודה, "הֲוָה אָמַר הָכִי", האט ער געזאגט אזוי: "אַתְקִינוּ סְעוּדָתָא דִמְהֵימְנוּתָא עִלָּאָה", לאמיר מאכן די הייליגע סעודה וואס ברענגט אמונה, "אַתְקִינוּ סְעוּדָתֵיהּ דְּמַלְכָּא", לאמיר מאכן א סעודה פאר'ן אייבערשטן, "וַהֲוָה יָתִיב וְחַדֵּי", ער איז געזיצן פרייליכערהייט ביי די סעודה; קוק אריין די שטיקל זוהר וואס מען פירט זיך צו זאגן ביי די סעודה, וואו עס ווערט דערציילט דאס גרויסקייט פון די דריי סעודות שבת, ווי אזוי די הייליגע צדיקים פלעגן עסן די שבת'דיגע סעודות; זיי זענען געזיצן ביי די סעודות מיט א מורא'דיגע פרייד, ווייל די סעודות שבת איז משפיע אמונה פאר זיך, פאר די שטוב און פאר די קינדער.


דאס וואס מיר האבן גערעדט ביים שיעור, דאס מיינט מען וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן, ווען ער איז געקומען דערציילן פאר'ן רבי'ן וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי אים אין שטוב דעם פארגאנגענעם שבת. רבי נתן פלעגט כסדר אהיימברענגען געסט פון בית המדרש צו קומען עסן ביי אים, ביז איין וואך האט ער געהאט א מעשה מיט זיין זון, דער זון האט נישט געוואלט מיטהאלטן די סעודה ווייל ער האט נישט געוואלט זיצן נעבן דעם גאסט וואס רבי נתן האט אהיים געברענגט, דער גאסט איז געווען א נאכגעלאזטער, עס איז געגאנגען פון אים א שלעכטע גערוך וכו', רבי נתן האט געגעבן א פאטש פאר זיין ער זאל פאלגן און אריינקומען צו די סעודה. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה פון רבי נתן האט ער אים געזאגט: "קודם כל וויל איך אז פון היינט און ווייטער זאלסטו אהיים ברענגען נאר געסט וואס דו וועסט קענען שמועסן מיט זיי אין עבודת השם יתברך, געסט וואס וועלן אויסהערן דיינע חיזוקים", און דער רבי האט אים געזאגט נאך א ווארט: "א קינד שלאגט מען?!" פון דעם דיבור איז שוין געבליבן אנגענומען ביי אנשי שלומינו אז מען שלאגט נישט קיין קינדער.


זעט מען פון דעם אז דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין די מצוה פון הכנסת אורחים, מיר זאלן ארייננעמען געסט, אבער נאר געסט וואס וועלן אויסהערן און זיך מחי' זיין מיט די עצות און חיזוק, נישט וואס שטערן א שבת סעודה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.