שאלה אין קורצן ענין
#8 - ווי אזוי שטארק איך זיך צו האבן נאר א כשר'ע טעלעפאן?
שידוכים, קדושה, טעלעפאן, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט דעם שיעור פון דעם זונטאג, און דאס האט מיר זייער מחזק געווען צו האבן נאר א כשר'ע גוט געפילטערטע טעלעפאן. איך האב ביז יעצט אויך געהאט מיין טעלעפאן טיילווייז געפילטערט, אבער יעצט וויל איך קויפן א גענצליך כשר'ע טעלעפאן.


איך וויל דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר מחזק זיין אויף דעם, ווייל איך ווייס נישט אויב איך וועל זיך קענען דערהאלטן.


אויך וויל איך בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א צו מתפלל זיין פאר מיר איך זאל שוין טרעפן מיין באשערטע שידוך בקרוב ובניקל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק, זיי קלוג און זיי פאלגעדיג; קויף דיר נישט קיין טעלעפאן וואס מען קען זען אין דעם עבירות.


וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער, מיר האבן אין אונזער דור די שרעקליכע נסיון פון האבן מיט זיך די כלים אויף וואס מען קען זען עבירות מסוף העולם ועד סופו; די כלים האבן שוין אויסגעריסן טויזנטער אידישע בחורים און מיידלעך פון די הייליגע תורה. אז מען קוקט עבירות פארלירט מען אלעס, מען פארלירט די אמונה הקדושה און אז מען האט נישט קיין אמונה - האט מען שוין גארנישט, דאס ברענגט אז מען זאל אראפפאלן אין עבירות און פארלירן די אמונה און יראת שמים רחמנא לצלן.


איך האף דו וועסט אננעמען די פאר ווערטער וואס איך שרייב דיר פון הארץ, זאלסט נישט נעמען קיין טעלעפאן וואס מען קען זען אויף דעם עבירות; אויפ'ן מינוט וועט דיר עס אפשר נישט זיין אזוי באקוועם, אבער דיין לעבן וועט דיר זיין מער באקוועם, דיין עתיד וועט דיר זיין מער באקוועם; דו וועסט זיך נישט אזוי מוטשען אין לעבן.


די כלים איז א וועג ווי אזוי צו טראגן מענטשן צום טויט; דער סמ"ך מ"ם האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפווארפן אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך - גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג, דער בחור קויפט זיך א סמארטפאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, דעמאלט דארף ער שוין נישט גיין אין ערגעץ; ער זיצט ביי זיך באהאלטן און קוקט דארט אפ אלע שמוץ וואס איז דא אויף די וועלט רחמנא לצלן.


בעט דעם אייבערשטן אויף דעם, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר; דערצייל דעם אייבערשטן אין דיין שפראך ווי שטארק עס ציט דיר צו האבן א טעלעפאן וואס מען קען זען אין דעם וכו' וכו', בעט אים ער זאל דיר געבן כח עומד צו זיין בנסיון.


אין דעם זכות וואס דו וועסט זיך היטן דיינע אויגן וועסטו באקומען א גוטע שידוך; א שידוך מיט טעם, א שידוך מיט חן; אויב מען היט נישט די אויגן קען מען נישט האבן קיין שלום בית. דער הייליגער צדיק רבי יהודה החסיד דערציילט (ספר חסידים, סימן שפז): "אָדָם אֶחָד הִתְעַנָּה כַּמָּה יָמִים שֶׁיַּזְמִין לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אִשָּׁה שֶׁהוּא אוֹהֵב", א מענטש האט אסאך געפאסט אז ער וויל חתונה האבן מיט א פרוי וואס ער האט ליב, אויך האט ער געבטן דעם אייבערשטן אויף די שידוך, "וְלֹא נִתְקַיֵּם תַּעֲנִיתוֹ וּתְפִלָּתוֹ", און דער אייבערשטער האט נישט אנגענומען זיין געבעט מיט זיינע תעניתים, איז ער געקומען מיט טענות צום צדיק: "פארוואס האט מיר דער אייבערשטער נישט געגעבן די שידוך, איך האב אזויפיל געבעטן!" האט אים דער צדיק געזאגט: "אפשר איז דאס נישט דיין באשערטע זיווג?" דער מענטש האט זיך פארט נישט געוואלט בארואיגן, ער האט גע'טענה'ט: איך האב דאך אזויפיל געבעטן, איך האב אזויפיל געוויינט און געפאסט, דער אייבערשטער וואלט ווען געדארפט טוישן די גזירה און מיר אנשרייבן די שידוך וואס איך האב ליב, "אָמַר הַחָכָם: 'מִפְּנֵי שֶׁאַתָּה צוֹפֶה בַּנָּשִׁים'", האט אים דער צדיק געענטפערט, ווייל דו קוקסט אויף פרויען, דעריבער האט דער אייבערשטער דיר נישט נאכגעגעבן דיין געבעט, "זֶה הַצַּעַר הַבָּא עָלֶיךָ בִּשְׁבִיל שֶׁהָיִיתָ צוֹפֶה בַּנָּשִׁים, וְזִמֵּן לְךָ מַה שֶׁלֹא מָצְאָה חֵן בְּעֵינֶיךָ", דיין גאנצע צער וואס דו גייסט אריבער איז ווייל דו היטסט נישט דיינע אויגן, דעריבער האסטו באקומען אן אנדערע שידוך אן קיין חן.


איך האף אז די פאר ווערטער וועט דיר זיין פאר חיזוק נישט צו גיין קויפן קיין טעלעפאן און אנדערע כלי משחית וואס מען קען זען אין דעם שלעכטע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - ווי אזוי קען איך זיך היטן די אויגן גייענדיג הפצה אין הייזער?
הפצה, שמירת עינים, מוהרנ"ת ז"ל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק וואס העלפט מיר אזויפיל אין לעבן.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פרוביר איך עס אויך איבערצוגעבן פאר אנדערע, איך גיי הפצה אין די הייזער.


מיין פראבלעם איז אבער אז ליידער בין איך נאכנישט אינגאנצן אויסגעארבעט אין שמירת עינים, און אסאך מאל מאכט זיך א פרוי עפנט די טיר, זאל איך ווייטער גיין הפצה אין הייזער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין הפצה, מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געפארן קיין ארץ ישראל איז ער אנגעקומען קיין מצרים, דארט האט ער מפיץ געווען אפאר ספרים פון רבי'ן; זאגט רבי נתן (ימי מוהרנ"ת חלק שני, אות קטו): "בִּשְׁבִיל זֶה לְבַד כְּדַאי כָּל הַיִּסּוּרִים וְטִלְטוּלִים שֶׁיֵּשׁ לִי, שֶׁאֲנִי עַכְשָׁו כְּמוֹ בְּגָלוּת מִצְרַיִם, שֶׁאֲנִי נָע וָנָד וּמְטֻלְטָל וּמְבֻלְבָּל בַּאֲלֶכְּסַנְדְּרִיָּא שֶׁל מִצְרַיִם", פאר דעם אליינס איז מיר ווערד געווען אנצוקומען קיין מצרים, דורך גיין די שווערע ביטערע יסורים און די גאנצע שלעפ, "אֲשֶׁר מֵעוֹלָם לֹא עָלָה עַל דַּעְתִּי לִהְיוֹת כָּאן", איך האב נישט געטראכט אז איך וועל אין מיין לעבן אנקומען אין מצרים, "אֲבָל כְּשֶׁאֲנִי זוֹכֶה לְהַזְכִּיר בַּאֲלֶכְּסַנְדְּרִיָּא בַּשּׁוּק שֵׁם הַסֵּפֶר שֶׁל רַבֵּנוּ הַנּוֹרָא זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", אבער אז איך האב זוכה געווען צו דערמאנען נאר דעם נאמען פונעם ספר ליקוטי מוהר"ן פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו אין גאס אין אלעקסאנדריע, "בִּשְׁבִיל זֶה הַכֹּל כְּדַאי", פארדעם אליינס אז שוין אלעס ווערד, "כְּפִי מַה שֶּׁאֲנִי מַאֲמִין וְיוֹדֵעַ קְצָת גְּדֻלַּת קְדֻשַּׁת נוֹרְאוֹת זֶה הַסֵּפֶר", לויט וויפיל איך ווייס ביי מיר דאס גרויסקייט פון די הייליגע ספרים.


רבי נתן האט געטראפן דארט א איד ר' אהרן, יענער האט געפרעגט רבי נתן אויב ער האט מיט זיך עפעס פרישע ספרים, רבי נתן האט אים געזאגט: "איך האב מיט מיר א נייעם ספר וואס איר האט נאכנישט געזען, דער ספר ליקוטי מוהר"ן"; מיט דעם האט זיך רבי נתן זייער מחי' געווען.


שפעטער שרייבט רבי נתן נאכאמאל (שם, סימן קכה; קכח): "בְּכָל הַדֶּרֶךְ שֶׁהָלַכְתִּי מִסְּטַנְבּוּל לַאֲלֶכְּסַנְדְּרִיָּא הָיָה לִי צַעַר כְּשֶׁזָּכַרְתִּי שֶׁאֲנִי מֻכְרָח עַתָּה לֵילֵךְ לְמִצְרַיִם", עס האט מיר זייער וויי געטון אז איך האב געדארפט אנקומען קיין מצרים; א פלאץ וואס די תורה זאגט (דברים יז, טז): "לֹא תֹסִפוּן לָשׁוּב בַּדֶּרֶךְ הַזֶּה עוֹד", מען זאל נישט צוריק גיין קיין מצרים; מיט דעם פריי איך זיך אז איך האב געקענט זיין ביי איינעם און אים מפיץ זיין די ספרים "לקוטי מוהר"ן" און "ספר המדות", זאגט רבי נתן: "וְזֶה יָקָר בְּעֵינַי מְאֹד שֶׁזָּכִיתִי לְהַשְׁאִיר סִפְרֵי רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה בִּמְדִינָה רְחוֹקָה כָּזֹאת", דאס איז ביי מיר זייער חשוב, אז איך האב געקענט מפיץ זיין אין אזא ווייטע מדינה.


שטארק זיך ווייטער אין הפצה און היט זיך די אויגן, ווייל דער וואס האט שמירת עיניים - דער היט זיך די אויגן ווי אימער און דער וואס האט נישט קיין שמירת עיינים דער קען זיצן אין א פארמאכטע שטוב און קוקן די ערגסטע שמוץ רחמנא לצלן; הפצה איז נישט קיין סתירה מיט שמירת עיניים און שמירת עיניים איז נישט סותר הפצה, ווייל דער וואס היט נישט די אויגן, אים איז ביטער אן הפצה.


איך האף דו וועסט פארשטיין אויף למעשה ווי אזוי דו זאלסט זיך פירן.

#6 - איך פאל כסדר, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה?
התחזקות, תפילה והתבודדות, נסיונות, שמירת עינים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק, ס'געבט מיר צו לעבן.


איך הייס א גוטער בחור, איך זיץ און איך לערן, איך ווייס אבער דעם אמת אז איך פאל זייער אסאך אראפ, איך קען זיך נישט שטארקן איבער מיין יצר הרע.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר? ווי אזוי קען זיך שטארקן און דערהאלטן, איך פרוביר אזוי שטארק זיך צו היטן די אויגן, פון דעסט וועגן פאל איך כסדר נאכאמאל און נאכאמאל.


איך שעם זיך צו רעדן פון דעם, שוין צוויי חדשים וואס איך קווענקל צי איך זאל יא שרייבן אדער נישט, איך פרוביר זיך אליין אן עצה צו געבן, אבער איך קען נישט מער. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                                     יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


התבודדות איז די עצה פאר דיר; דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז זייער א גרויסע זאך, עס איז גרעסער פון אלע עבודות, "דְּהַיְנוּ לִקְבֹּעַ לוֹ עַל כָּל פָּנִים שָׁעָה אוֹ יוֹתֵר, לְהִתְבּוֹדֵד לְבַדּוֹ בְּאֵיזֶה חֶדֶר אוֹ בַּשָּׂדֶה", א מענטש זאל זיך מאכן א צייט וואס ער לאזט אלעס אפ און ער גייט אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ בִּטְעָנוֹת וַאֲמַתְלָאוֹת, בְּדִבְרֵי חֵן וְרִצּוּי וּפִיּוּס, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן מִלְּפָנָיו יִתְבָּרַךְ, שֶׁיְּקָרְבוֹ אֵלָיו לַעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת", זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן און זיך אויסגיסן דאס הארץ, אים בעטן אז ער זאל שוין רחמנות האבן אויף אים און אים מקרב זיין צו אים, און מען זאל רעדן צום אייבערשטן אויף מאמע לשון - אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, "כִּי בִּלְשׁוֹן הַקּדֶשׁ קָשֶׁה לוֹ לְפָרֵשׁ כָּל שִׂיחָתוֹ", ווייל אויף לשון הקודש איז שווער ארויס צו ברענגען אלעס וואס ליגט אויפ'ן הארץ, "וְגַם אֵין הַלֵּב נִמְשָׁךְ אַחֲרֵי הַדִּבּוּרִים, מֵחֲמַת שֶׁאֵינוֹ מֻרְגָּל כָּל כָּךְ בְּהַלָּשׁוֹן, כִּי אֵין דַּרְכֵּנוּ לְדַבֵּר בִּלְשׁוֹן הַקֹּדֶשׁ", ווייל מיר רעדן נישט קיין לשון הקודש, דערפאר איז שווער זיך אויסצורעדן דאס הארץ, "אֲבָל בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז שֶׁמְּסַפְּרִים וּמְדַבְּרִים בּוֹ, קַל וְקָרוֹב יוֹתֵר לְשַׁבֵּר לִבּוֹ", אבער אז מען רעדט אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן - דאן איז גרינגער זיך אויסצוגיסן דאס הארץ.


פאלג דעם רבי'ן, זוך אויף א שטילע פלאץ, גיי דארט יעדן טאג און גיס זיך אויס דיין הארץ, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, אויף דיין נשמה; זאג פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך, ווי שטארק דו ווילסט זיין אפגעהיטן פון עבירות. בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף אלעס וואס דו ביסט נכשל געווארן וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דאס איז די עצה ווי אזוי צו ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה; ק) ער האט געהערט פון אסאך צדיקים אז זיי אלע זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך תפילה והתבודדות, ווייל מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן תפילה והתבודדות; ווען דער רבי האט דאס געזאגט זענען דארט געשטאנען אנשי שלומינו און זיי האבן אנגעפאנגען אויסרעכענען נעמען פון צדיקים, האט דער רבי געזאגט אויף יעדע נאמען וואס זיי האבן אויסגערעכנט אז אלע פון זיי האבן אים בפירוש געזאגט אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך תפילה והתבודדות, דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - איך קען זיך נישט היטן די אויגן, זאל איך ענדערש נישט גיין אין מקוה?
קדושה, שמירת עינים, תפלות אויף אידיש, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע שמועסן און שיעורים, ס'איז ממש מחיה נפשות.


איך בין ברוך ה' מקפיד צו גיין יעדן טאג אין מקוה, מיין פראבלעם איז אבער אז איך האב דארט נסיונות אין שמירת עינים, אסאך מאל פאל איך דורך און איך היט זיך נישט די אויגן, און איך טראכט צי ס'איז נישט ענדערש אז איך זאל נישט גיין מקוה און אזוי וועל איך נישט נכשל ווערן, אדער אפשר זאל איך זיך מאכן אן אייגענע מקוה ביי מיר אינדערהיים?


דאס שטערט מיר זייער שטארק, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ענטפערן ווי שנעלער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


 


ערב שבת קודש פרשת נצבים-וילך, כ"ב אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פון גוטס קומט נישט ארויס קיין שלעכטס; מקוה איז נישט דיין פראבלעם, דער וואס היט זיך נישט די אויגן האט צרות ביז'ן מקוה און נאכן מקוה וכו'. נישט מקוה איז דער פראבלעם, מקוה וועט דיר נאר רייניגן און ברענגען נענטער צום אייבערשטן.


אינטערעסאנט איז אז דו האסט נישט קיין ספיקות צו גיין אין גאס אדער גיין איינקויפן אין געשעפטן וכו' ווען דו ווערסט נכשל אין שמירת עיניים; דארט וואלסטו געדארפט טראכטן צי דו מעגסט גיין, דארט דארפסטו מאכן גדרים וסיגים - נישט צו גיין אין גוי'שע געשעפטן וואו עס איז אויסגעלייגט אויסגעלאסענע בילדער השם ישמרנו.


זיי מקפיד צו גיין אין מקוה; מקוה איז זייער גרויס, רבי נתן האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט זיך טובל'ן יעדן טאג אין מקוה וועט האבן א תקוה, ער וועט ווערן אן ערליכער איד; בשעת די טובל'סט זיך זאלסטו בעטן שטילערהייט: "הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, איך קען זיך נישט היטן מיינע אויגן, איך ווער פארברענט פון תאות ניאוף, ראטעווע מיר", אזוי זאלסטו בעטן ווען דו טובל'סט זיך צווישן די טבילות וועסטו ביים סוף ארויס קריכן פון דעם.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#4 - ווי אזוי קען איך זיך האלטן ערליך מיט א פראבלעמאטישע ווייב?
שלום בית, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב ליידט פון "בארדערליין פערסאנאליטי דיסארדער", דאס קומט מיר נישט אן גרינג, אבער פון צייט צו צייט בין איך זיך מחזק מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה.


צוליב מיין ווייב'ס פראבלעם, בין איך אביסל באגרעניצט מיט וואס איך קען טון פאר פרנסה, און ליידער מוז איך כמעט יעדע וואך צוקומען צו אנדערע.


איך בין אן ערליכער אינגערמאן, אבער איך מושטע זיך מיט שמירת עינים, סתם אזוי פרוביר זיך צו האלטן ערליך, איך בין קעגן סמארטפאונס, אבער ווען עס כאפט מיר אן א שוואכע מינוט, גיי איך אריין אין א גוי'אישע סעלפאון סטאר, און איך קוק שלעכטע זאכן.


פון איין זייט טראכט איך "איך בין דאך אן ערליכער אינגערמאן, ווי קומט דאס צו מיר?", אבער פון די אנדערע זייט טראכט איך אז איך בין א גרויסע רחמנות, איך האב צוטון מיט מיין פראבלעמאטישע ווייב, וואס אסאך מאל זידלט זיך מיר אן, און איך בין א איד און איך קען נישט האבן קיין שייכות מיט א צווייטע פרוי. און פארוואס האט דער באשעפער געמאכט אזא קללה אז ווען א פרוי ווערט עלטער פארלירט זי איר שיינקייט?


איך האב ב"ה ליכטיגע קינדער, און מיין שאיפה איז צו האבן אן ערליכע שטוב, אבער איך פאל כסדר אראפ ליידער. איך ווייס אליין נישט וואס צו זאגן, איך בין אליין א גרויסער רחמנות. אסאך מאל טראכט איך ווי גליקליך איך וואלט געווען ווען איך וואלט ווען געקענט האבן שייכות מיט נאך פרויען.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין קונץ צו זינגען דעם ניגון וואס דו זינגסט אינעם בריוו, אז דיין ווייב האט א פראבלעם וכו' וכו'; מיין נישט אז אויב דו וועסט ארום גיין זינגען א ניגון אז דיין ווייב איז מיט די נערוון וועט מען אויף דיר רחמנות האבן, עס וועט דיר גארנישט העלפן און עס בארעכטיגט נישט וואס דו טוסט, אז דו פאלסט אראפ רחמנא לצלן אין עבירות.


איך ווייס נישט ווער דו ביסט, איך קען דיר נישט, אבער פון דיין בריוו זעט אויס אז דו אליינס דארפסט א גרויסע ישועה. דו ליגסט נעבעך אין זינד, דו ביסט פוגם בברית רחמנא לצלן; דיין גאנצע קאפ איז דיר פול מיט טינופת, דו שעמסט זיך נישט צו שרייבן ווערטער וואס ווען מען הערט די ווערטער דארף מען זיך רייסן קריעה, דו שרייבסט: "ווי גליקליך וואלט איך געווען ווען איך וואלט ווען געקענט זינדיגן"; ווי שעמט זיך נישט א איד צו שרייבן אזעלכע רייד? און נאך אין די זעלבע צייט זיך באטיטלען פאר אן ערליכער אינגערמאן!


איך בעט דיר זייער, טו תשובה און בעט איבער דיין ווייב, וועסטו נישט ליידן אזויפיל צרות. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען א מענטש זינדיגט 'במחשבה' וועט ער ליידן צרות פון זיינע קינדער; ווען א מענטש זינדיגט 'בדיבור' וועט ער ליידן צרות פון זיין ווייב, און ווען א מענטש זינדיגט 'במעשה' וועט ער ליידן צרות פון מענטשן".


מוהרא"ש געבט אונז דאס צו פארשטיין, אז ווען א מענטש זינדיגט בדיבור ער רעדט נישט שיין, ער טשעפעט זיין ווייב - וועט ער ליידן פון איר, זי וועט אים דערביטערן דאס לעבן. אבער ווען א מענטש היט דעם דיבור, ער רעדט שיין, ער רעדט נישט קיין ניבול פה, ער שעלט נישט; בפרט צו זיין ווייב רעדט ער ווייעך, ער לויבט איר און בויט איר אויף, וועט זי נישט קריגן אויף אים, נאר זי וועט אים פרייליך מאכן, זי וועט האבן אלע חן אין זיינע אויגן, און ווי עלטער מען ווערט וועלן זיי האבן מער ליבשאפט און מער געטריישאפט.


א קללה איז אז מען זינדיגט; דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אויף די שענסטע און בעסטע פארנעם, ווען מען ווערט עלטער ווערט דאס ליבשאפט שטערקער און מער, אז מען זינדיגט - דעמאלט איז נישט ווערד דאס לעבן. פלאי פלאים ווי א מענטש שרייבט מיט אזא חוצפה אויפ'ן באשעפער'ס וועלט: "א קללה אז ווי עלטער מען ווערט פארלירט מען דאס שיינקייט וכו'"; ווען מען זינדיגט, מען היט זיך נישט די אויגן דעמאלט פארלירט מען דאס שיינקייט. א רחמנות אויף מענטשן וואס גייען נישט מיט די וועג פון די תורה, ווייל ווער עס היט די תורה, ווער עס היט די אויגן און די מחשבה, ער לעבט שיין מיט זיין ווייב, ווערט ביי אים דאס לעבן, דאס שלום בית, דאס שיינקייט - שטערקער און מער.


עס איז נישט קיין קונץ אראפצוקלאפן די ווייב; אז א פרוי שרייט מיינט נישט אז זי האט מיט די נערוון, אז א פרוי וויינט מיינט נישט אז זי איז נישט געזונט, דאס איז ביי יעדן מענטש אזוי, ווען א מענטש איז שוואך און צעבראכן וויינט מען און מען פארלירט זיך. בפרט די טייערע פרויען וואס כלל ישראל שטייט אויף זיי, די בויערס פון אידיש'ן פאלק, וואס ציען אויף קינדער, וואס עס גייט אריבער אויף זיי אזויפיל יסורים - צער העיבור, צער הלידה און נאכדעם צער הגידול, דאס ווארטן, דאס געבוירן און אויפציען - דאס איז זייער שווער, און אז דער מאן איז א שלעכטער, ער זוכט נאר חסרונות אין איר, אודאי שרייט מען און אודאי וויינט מען, דאס מאכט נאך נישט דעם מענטש פאר א 'מענטל קעיס', דאס מיינט נישט צו זאגן אז זי איז דער פראבלעם.


איך בעט דיר און איך ווארן דיר, געב אכטונג אויף דיין לעבן; מאך נישט חרוב דיין שטוב. הער אויף רעדן פון אירע פראבלעמען, הויב אן זוכן אין איר גוטס, הויב אן זוכן אין איר מעלות. די ערשטע מעלה וואס זי האט, אז זי וואוינט בכלל מיט דיר, זי איז נאך נישט אנטלאפן פון א מאן וואס קוקט איר אזוי אראפ, און נאך פול מעלות וואס זי האט.


מאך איר פרייליך; דו זיי איר טעראפיסט. דו קענסט איר אויסהיילן, א גוטער מאן, א געטרייער מאן קען אויסהיילן די ווייב פון אלע פראבלעמען. דער מאן איז דער וואס דארף מחזק זיין און פרייליך מאכן די ווייב מיט גוטע ווערטער און מיט ליבשאפט, דעמאלט גייען אוועק אלע פראבלעמען און אלע קראנקהייטן.


אז דו וועסט זוכן אין איר גוטס וועט זי נישט שרייען אויף דיר, זי וועט לעבן מיט דיר; איר וועט לעבן ווי צוויי טויבן אין א חלום.

#3 - פארוואס האט דער ראש ישיבה מיר נישט געזאגט וואס איך דארף טון?
קשיות, שמירת עינים, תפלות אויף אידיש, הדרכות, ציצית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איין טאג האט דער ראש ישיבה שליט"א מיר געזען מיט די ציצית אינדרויסן, און מיר געזאגט אז איך זע אויס אסאך שענער מיט די ציצית אינדרויסן. מיין שאלה איז פארוואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר נישט געזאגט פריער אז איך זאל ארויסלייגן די ציצית אינדרויסן, ווען ער האט געזען אז איך האב די ציצית פון אינעווייניג.


אויך האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי מ'קען זיך שטארקן מיט שמירת עינים, ס'איז מיר זייער שווער זיך צו היטן די אויגן, אפילו ווען איך וויל נישט קוקן, איך מאך אפ אז איך גיי מער נישט קוקן, פון דעסט וועגן געב איך א בליק, און נאכדעם פיל איך אזוי שלעכט, איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?


יישר כח


פון א געטרייער תלמיד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז דער וועג ווי אזוי איך זאג בדרך כלל ווען איך דארף זאגן פאר תלמידים...


עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו זאגן: 1) א וועג פון פארהאלטן - פארוואס גייסטו נישט מיט די ציצית אויף די קליידער? 2) זאגן מיט א קאמפלימענט – זעסט אויס זייער גוט מיט די ציצית אינדרויסן וכו'; ווען מען האט נישט קיין ברירה וכו' דעמאלט נוצט מען דעם וועג פון פארהאלטן וכו', אבער לכתחילה איז דער צווייטע וועג געשמאקער, זיסער און עס פועל'ט.


בענין שמירת עיניים; אויף דעם איז נישט דא קיין עצה, נאר די עצה פון התבודדות – שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, ראטעווע מיר! איך ווער פארברענגט פונעם יצר הרע! איך קוק וואו מען טאר נישט, איך מוז קוקן אויף יעדע פרוי און מיידל, ראטעווע מיר פונעם יצר הרע וואס וויל מיר אויסרייסן פון די וועלט און פון יענע וועלט וכו', וכו'"; אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן, דאס איז די עצה ניצול צו ווערן פונעם יצר הרע.


שטארק זיך ווייטער מיט דיינע שיעורים כסדרן און גוטע מידות; איך האב אסאך נחת פון דיר, דיין התנהגות איז אויסנאם גוט. איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט בקרוב טרעפן דיין שידוך און זוכה זיין אויפצושטעלן א אידיש'ע שטוב לשם ולתפארת.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#2 - ווי אזוי קען איך ליב האבן מיין ווייב, ווען זי איז נישט אזוי אהערגעשטעלט?
שלום בית, שמירת עינים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איר קענט מיר נישט, אבער איך קען אייך יא, איך הער אסאך אייערע שיעורים און דאס לייכט מיר אויף מיין לעבן, עס געבט מיר חיזוק און הדרכה ווי אזוי זיך אומצוגיין אין סיי וועלכע מצב אין לעבן, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעם גוטן.


איך האב ב"ה זוכה געווען צו זייער א געלונגענע וואוילע און גוטע ווייב, מיר האבן שוין עטליכע ליכטיגע קינדער קע"ה, מיין פראבלעם איז אבער אז מיין ווייב איז נישט אזוי שיין אהערגעשטעלט, און איך הער נישט אויף טראכטן אז איך וויל האבן א שיינע ווייב, אנגעטון שיין מיט א שייטל וכו'.


די מחשבות לאזן מיר נישט צורוה, און איך ווער משוגע פון דעם. איך טראכט וואס איך וואלט געקענט טון דערצו, פאר מיינע עלטערן וואלט איך קיינמאל נישט געקענט זאגן אז איך דארף א שידוך מיט א שייטל, ווייל זיי וואלטן דאס נישט אויסגעהאלטן, און וואס קען איך יעצט טון? אפשר דארף איך איר יעצט בעטן אנצוטון א שייטל און זיך שיין אהערשטעלן? אפשר אזוי וועט דאס מיר בארואיגן און איך וועל האבן א גוט לעבן?


ביטע ליינט איבער מיין שאלה מיט ישוב הדעת, און ענטפערט מיר מיט לאגיק און געפיל, מיין הארץ וועט נישט ווערן צופרידן פון א שטיקל חז"ל.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח צו קענען העלפן אידישע קינדער אייער גאנץ לעבן מיט הרחבת הדעת.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וזאת הברכה, י"ד תשרי, ערב חג הסוכות, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט יעדע שאלה קען מען ענטפערן בכתב, בפרט ווען מען קען נישט דעם מענטש וכו', נאר מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך דיר ענטפערן.


דו שרייבסט מיר איך זאל דיר נישט ענטפערן אבי מיט א חז"ל נאר מיט לאגיק און הארץ וכו'; וויסן זאלסטו אז ביי אידן איז נישט דא קיין לאגיק, ביי אונז אידן איז נאר דא וואס דער אייבערשטער זאגט, וואס די תורה זאגט און וואס אונזערע הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן.


ר' נתן האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קטז): "אֶחָד הָיָה מְדַבֵּר עִמּוֹ, וְהָיָה מְשַׁבֵּחַ אֶת אִישׁ אֶחָד שֶׁמִּתְנַהֵג בְּיֹשֶׁר, וְאָמַר עָלָיו בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז שֶׁהָאִישׁ הַזֶּה הוּא 'אָרִינְטְלִיךְ'", א איד האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אויף איינעם אז יענער איז זייער אן 'ארינטליכער מענטש', "עָנָה הוּא זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה וְאָמַר: שֶׁעַל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי אֵין שַׁיָּךְ לוֹמַר אָרִינְטְלִיךְ", האט דער רבי זיך אנגערופן און געזאגט: אויף א איד איז נישט שייך צו זאגן 'ער איז ארינטליך', "כִּי אֻמּוֹת הָעוֹלָם יֵשׁ לָהֶם הַנְהָגוֹת נִימוּסִיּוּת, מַה שֶּׁהַשֵּׂכֶל וְהַיֹּשֶׁר מְחַיֵּב, שֶׁזֶּה נִקְרָא אָרִינְטְלִיךְ", ביי גוים איז שייך צו זאגן 'ארינטליך' ווייל זיי פירן זיך מיט שכל און לאגיק, "אֲבָל יִשְׂרָאֵל עַם קָדוֹשׁ, אֲפִלּוּ אֵלּוּ הַמִּצְווֹת שֶׁהֵם מִצַּד דֶּרֶךְ אֶרֶץ מַה שֶּׁהַיֹּשֶׁר וְהַשֵּׂכֶל מְחַיֵּב, אֲפִלּוּ אֵלּוּ הַמִּצְווֹת אֵין עוֹשִׂין מֵחֲמַת דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִצַּד חִיּוּב הַשֵּׂכֶל וְהַיֹּשֶׁר, רַק מִגְּזֵרַת הַמֶּלֶךְ הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ שֶׁצִּוָּה עָלֵינוּ בְּתוֹרָתוֹ לַעֲשׂוֹת כָּךְ", אבער ביי אונז אידן איז נישט שייך צו זאגן אז מיר פירן זיך מיט שכל און לאגיק, ווייל אפילו די מצוות וואס דער שכל איז מחייב טוען מיר אויך נאר ווייל דער אייבערשטער האט אונז אזוי געהייסן אין די תורה.


דער הייליגער רבי נתן האט אמאל מסביר געווען פאר אן אפיקורס דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת יג:): "אָמַר רַב יִצְחָק, קָשָׁה רִמָּה לְמֵת כְּמַחַט בְּבָשָׂר הַחַי", עס טוט וויי פארן טויטן מענטש ווען די ווערים בייסן אים אזוי ווי עס טוט וויי פאר א לעבעדיגע מענטש ווען ער כאפט א שטאך פון א נאדל; ר' נתן האט דאס אים ערקלערט מיט שכל וכו', שפעטער האט זיך ר' נתן אנגערופן פאר זיינע תלמידים וואס זענען געווען דערביי: "דאס וואס איך האב מסביר געווען פריער דאס איז נישט פאר אייך, דאס איז פאר אים וואס ער גלייבט נישט אינעם אייבערשטער, אבער איר זאלט וויסן אז: "וואס חז"ל זאגן דאס זאגט 'גאט'".


דאס זעלבע זאג איך דיר: דו דארפסט תשובה טון אויף דעם וואס דו שרייבסט "מיין הארץ וועט נישט ווערן צופרידן פון א שטיקל חז"ל" און דו ווילסט הערן א תשובה פון לאגיק און הארץ, ווייל נאר וואס חז"ל זאגן אונז דאס איז שכל און פארשטאנד.


יעצט צו דיין שאלה. דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן דו האסט זוכה געווען חתונה צו האבן, דו שרייבסט אז דו האסט זוכה געווען צו א געלונגענע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, אבער עס שטערט דיר איר אויסזען וכו', דו ווילסט האבן א ווייב וואס דו האסט נישט, א זאך וואס איז ציענדיג ווי לאנג מען האט עס נישט.


וויסן זאלסטו אז ליבשאפט וכו' האט נישט נאר מיטן אויסזען, הער אויס וואס די הייליגע חז"ל זאגן (סוטה מז.): "אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן שְׁלֹשָׁה חִינוֹת הֵן", דריי סארט חן האט דער אייבערשטער באשאפן, איינע פון די דריי איז: "חֵן אִשָׁה עַל בַּעְלָהּ", אז א פרוי זאל האבן חן אין די אויגן פונעם מאן; זאגט רש"י (דבור המתחיל "חן האשה"): דער אייבערשטער מאכט: "אֲפִילוּ הִיא מְכֹעֶרֶת נוֹשֵׂאת חֵן בְּעֵינָיו", אפילו א מיאוס'ע פרוי מאכט דער אייבערשטער זי זאל האבן חן אין די אויגן פונעם מאן; דער אייבערשטער מאכט אז עס זאל זיין חן צווישן מאן און ווייב אזוי קען די וועלט אנגיין. אין אנהייב ציט נאר דאס אויסזען און צוביסלעך בויעט מען אויף א שטארקע טיפע ליבשאפט איינער צום צווייטן און מען ציט אויף קינדער און אייניקלעך, דער ליבשאפט ווערט שטערקער און טיפער ווי דאס ליבשאפט וואס האט זיך אנגעהויבן נאר פונעם אויסזען.


פארשטייט זיך אז דאס אלעס קען נאר ארבעטן אז מען היט זיך די אויגן, ווייל אז מען האט נישט קיין שמירת עינים ווערט מען קיינמאל נישט זאט, אזוי ווי חז"ל דערציילן (תמיד לב:): דער גרויסער קעניג אלכסנדר מוקדון איז אמאל אנגעקומען צום טויער פון 'גן עדן', ער האט געקלאפט אויפן טיר מען זאל אים עפענען, האט מען אים געזאגט (תהלים קיח, כ): "זֶה הַשַּׁעַר לַה' צַדִּיקִים יָבֹאוּ בוֹ", דעם טיר עפענט מען נאר פאר ערליכע אידן, דא קומען אריין נאר צדיקים; האט ער זיך געבעטן: "איך בין דאך א קעניג, עפענט מיר", האט מען אים געעפענט די טיר. ער האט געבעטן מען זאל אים געבן עפעס פון 'גן עדן', זאגן חז"ל: "יְהַבוּ לֵיהּ גּוּלְגָּלְתָּא חֲדָא", האט מען אים געגעבן א שטיינדל. ער האט געוואלט וויסן ווי חשוב דער שטיין איז, ווי סאך דאס וועגט, "אַתְיָיהּ תַּקְלֵיהּ לְכוּלֵּיהּ דַּהֲבָא וְכַסְפָּא דִּידֵיהּ בַּהֲדֵיהּ לֹא הֲוָה מַתְקָלֵי", האט ער גענומען דעם שטיינדל און עס געלייגט אויף איין זייט פונעם וואגשאל און זיין גאנצע גאלד און זילבער אויף די אנדערע זייט, און דער שטיינדל האט אלץ אראפ געוואויגן, ער האט זיך זייער געוואונדערט וואס דאס איז, "אָמַר לְהוֹן לְרַבָּנָן מַאי הַאי", איז ער געקומען צו די הייליגע חז"ל און זיי געפרעגט וואס איז פשט פון דעם שטיינדל וואס וועגט מער פון אלעס? "אָמְרִי, גּוּלְגָּלְתָּא דְּעֵינָא דְּבִישְׂרָא וְדָמָא דְּלֹא קָא שָׂבַע", האבן אים די הייליגע חכמים ז"ל געזאגט: דאס איז נישט קיין שטיינדל, דאס איז אן אויג פון א מענטש וואס ווערט נישט זאט, נאר וואס ער פארמאגט דארף ער אלץ נאך, "אָמַר לְהוּ מִמַּאי דְּהָכִי הוּא?" אלכסנדר מוקדון האט נישט געגלייבט די חכמים, האט ער זיי געבעטן זיי זאלן אים אויפווייזן אז עס איז טאקע אזוי, האבן די חכמים גענומען א שטיקל שארב און עס ארויף געלייגט אויפן אויג, און די וואגשאל האט זיך גלייך אראפ געלייגט אויף די אנדערע זייט, האבן זיי אים געוויזן מיט דעם אז ווי לאנג א מענטש לעבט און די אויג איז אים אפען, גלוסט ער פאר זאכן וואס ער האט נישט, אבער איינמאל מען שטארבט און מען דעקט צו די אויג מיט א שארב דעמאלט דארף מען שוין גארנישט.


עס איז נישט קיין פראבלעם אז דיין ווייב זאל זיך שיין מאכן פאר דיר; אפילו אין גאס צווישן מענטשן גייט זי אנגעטון ווי זי האט געזען ביי אירע עלטערן, דאך קען זי זיך אהערשטעלן פאר דיר וכו', אבער מיין נישט פאר קיין איין רגע אז דער וואס האט שוין וואס ער חלומ'ט זיך דער האט נישט קיין נסיונות; טראכט נישט אז די וואס האבן א פרוי וואס גייט ווי דו משל'סט זיך אויס די זענען צופרידן, ווייל ליבשאפט צו די ווייב קומט נאר אויב מען פירט זיך מיט יראת שמים. נאר ערליכע אידן האבן שלום בית, נאר די וואס לעבן מיט די תורה האבן ליב זייער שטוב; דורכדעם וואס מען היט זיך די אויגן און מען לעבט ווי די תורה זאגט דעמאלט איז דא שלום בית.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב מיט ליכטיגע קינדער און דאנק דעם אייבערשטן פאר אלע מעלות וואס דיין ווייב האט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ד): ווען דער אייבערשטער מאכט שידוכים נעמט ער ארויס געפאנגענע פון זייער תפיסה, א בחור און א מיידל פאר זיי האבן חתונה זענען זיי אין זייער תפיסה, און ווען דער אייבערשטער מאכט פאר זיי א שידוך נעמט ער זיי ארויס פון זייער געפענגעניש, אזוי ווי עס שטייט (תהלים סח, ז): "מוֹצִיא אֲסִירִים בַּכּוֹשָׁרוֹת", פרעגן חז"ל: וואס מיינט "בַּכּוֹשָׁרוֹת"? נאר דאס זענען צוויי ווערטער: "בְּכִי" וְ"שִׁירוֹת"; איינער וויינט און דער צווייטער זינגט צום אייבערשטן.


אן ערליכער איד דאנקט יעדן אינדערפרי דעם אייבערשטן: "יישר כח אייבערשטער אז איך האב חתונה געהאט, יישר כח אייבערשטער אז איך האב א ווייב, יישר כח אייבערשטער אז איך בין נישט אליין, יישר כח אייבערשטער אז מיין ווייב איז געזונט, יישר כח אייבערשטער אז מיר האבן קינדער, יישר כח אייבערשטער אז מיין ווייב טראגט די אחריות אויף די קינדער"; און מען בעט אויף ווייטער: "העלף מיר אייבערשטער אז מיר זאלן אויפשטעלן אינאיינעם ערליכע אידישע דורות, העלף אונז אייבערשטער מיר זאלן זיך ליב האבן איינער דעם אנדערן, העלף אונז אייבערשטער מיר זאלן זען איינער אויפן צווייטן נאר די מעלות, העלף מיר אייבערשטער איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיך נישט איינרעדן אז עס איז דא עפעס הנאה פון עולם הזה, איך זאל געדענקען אז דער לעבן גייט אריבער, אז נאך אביסל גיי איך שוין צוריק צו דיר און נאר די ערליכע דורות וועט איבערבלייבן פון מיר".


זאג דיר אליינס די מעלות פון דיין ווייב, וועט אריין גיין ליבשאפט אין דיר; הער שכל וואס די חז"ל זאגן אונז (כתובות יז.), די בית הלל זאגן אז מען זאל זאגן פאר יעדן חתן: "דו האסט באקומען א שיינע ערליכע כלה", פרעגט די גמרא אויב די כלה איז א הינקעדיגע אדער א בלינדע איז דאס דאך ליגנט, ווי מעג מען זאגן ליגנט? זאגן חז"ל אז כדי צו מאכן שלום מעג מען אפילו עס איז נישט אמת; אפילו זי האט א פעלער זאל מען איר אויסלויבן אזוי וועט דער חתן איר ליב האבן.


זעט מען פון דעם אז אפילו א מענטש איז פול מיט חסרונות, אויב זאגט מען אים אז דאס איז גוט און שיין ווערט עס אין זיינע אויגן שיין און גוט; דאס זעלבע קען מען זיך אליינס אויסלויבן, מען דארף זיך אליינס זאגן אלע מעלות וואס מען האט און אלע מעלות וואס די ווייב האט, אזוי וועט מען האלטן פון זיך און פון די ווייב.


איך האף אז דו וועסט ארויס נעמען פון דעם בריוו שכל ווי אזוי זיך צו פירן, וועסטו האבן דעם 'גן עדן' אויף דער וועלט.


א גוט יום טוב.

#1 - איך קען נישט היטן מיינע אויגן
שמירת עינים

תוכן השאלה‎

פון אהרן.
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א.
איך בין א בחור וואס איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן א יאר צוריק. איך פרוביר צו זיין ערליך, איך דאווען און איך לערן יעדן טאג, אבער איך קען זיך נישט היטן די אויגן. איך זע אז לעצטנס איז מיר נאך פיל מער שווערער זיך צו אויגן, מער פון אמאל.
איך בעט אייך, האט רחמנות אויף מיר, און געבט מיר חיזוק אויף דעם אז איך זאל קענען היטן מיינע אויגן ווי עס דארף צו זיין.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזהשי"ת


יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד הבחור אהרן ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט מיר פארוואס עס קומט דיר אן היינט אסאך שווערער דיין שמירת עינים, מער ווי אמאל פאר דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן וכו', און דו זאגסט מיר אז דו האלסט עס נישט אויס וכו'; איך וועל דיר פארציילן א שיינע מעשה וואס דאס וועט דיר זיין א שטארקע חיזוק. חז"ל פארציילן (סוכה נב.) אז אביי האט אמאל געהערט ווי א מענטש שמועסט זיך אפ מיט א פרעמדע פרוי צו גיין צוזאמען שפאצירן צו א צווייטע שטאט, האט אביי געזאגט 'איך וועל גיין אונטער זיי, און אכטונג געבן אז זיי זאלן נישט טון קיין עבירה', ער איז זיי נאכגעגאנגען דריי פרסה, און ווען זיי זענען אנגעקומען אין שטאט האבן זיי געזאגט איינער צום צווייטן: "א שאד אז מיר דארפן זיך שוין צעטיילן נאך אזא געשמאקע שמועס", האט אביי געזאגט צו זיך: 'איך וואלט נישט געקענט ביישטיין אזא ניסיון', און אביי איז זייער צעבראכן געווארן, ער איז געבליבן שטיין ביים טיר פון שטאט, און נישט געוואלט אריין גיין - פון גרויס צעבראכנקייט, אז דא זעט ער צוויי פשוט'ע מענטשן גייען צוזאמען א לאנגע שטילע וועג, און זיי זענען שטארק ביי זיך נישט צו טון קיין עבירה, און ער ווייסט ביי זיך אז ער וואלט דאס נישט געקענט ביישטיין וכו'. איז געקומען צו גיין אליהו הנביא, און אים געזאגט: "שטארק דיר אביי, און זיי נישט צעבראכן, ווייל "כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו", ווי גרעסער א מענטש איז אלץ א גרעסערע יצר הרע האט ער".


דאס זאג איך דיר אויך טייערער אהרן ני"ו, שטארק דיר, און ווער נישט צעפאלן ווען דו זעסט אז דו האסט גרויסע נסיונות וכו'; דו טראכסט 'אמאל האב איך נישט געהאט די סארט שווערע נסיונות', דאס איז, ווייל אמאל ביסטו נישט געווען אזוי שיין און שטארק מיט דיין אידישקייט אזוי ווי היינט צו טאגס, דערפאר וויל דיר דער יצר הרע אראפ ווארפן; דו ביסט געווען יארן ביים יצר הרע אין טאש, פלוצלינג האסטו אויפגעשניטן א לאך אין זיך ארויס געכאפט פון דארט, וואס טראכסטו, אז דער יצר הרע וועט דיר אפלאזן? וואס מיינסטו, דער יצר הרע וועט דיר נישט וועלן צוריק כאפן צו זיך אין קעשענע?


אבער זארג נישט טייערער אהרן ני"ו, דער הייליגער רבי האט געשריגן מיט זיין גאנצע כח: "אין שום יאוש בעולם כלל", עס איז נישט דא קיין יאוש; און ר' ישראל קארדונער ז"ל פלעגט זאגן: "איינמאל דער רבי האט געשריגן 'קיין יאוש איז נישט פארהאנען', קען דער ס"מ טאנצן פון דער ערד ביזן הימל, און עס וועט אים גארנישט העלפן". שטארק דיר, דער אייבערשטער וועט דיר נישט פארלאזן, און דו וועסט טרעפן דיין שידוך בקרוב.


קוק צוריק וועסטו זען, אז די אלע וואס האבן געהאלפן די ישיבה האבן זייער שיין חתונה געהאט; דער רבי באצאלט סיי אויף דער וועלט סיי אויף יענע וועלט.


איך בעט פאר דיר יעדן טאג; דער אייבערשטער וועט דיר העלפן אז דו וועסט אי"ה אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב בקרוב, אמן.


זיי געזונט און שטארק, און זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.