שאלה אין קורצן ענין
#44 - זאל איך גיין אין מקוה, אז איך קען זיך נישט היטן די אויגן?
קדושה, שמירת עינים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל גיין אין מקוה יעדן טאג, ספעציעל וויל איך גיין אויב איך בין דורכגעפאלן, אבער עס מיר שווער צו גיין אין מקוה, ווייל איך קען זיך נישט היטן מיינע אויגן אין די מקוה, און נאכדעם בלייב איך טראכטן שלעכטע מחשבות א גאנצן טאג, און עס ברענגט מיר צו נאך שלעכטס.


דארף איך גיין אין מקוה, איז גענוג פאר מיר צו נעמען א שויער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט געזאגט: "דאס ערשטע זאך איז מקוה" (שיחות הר"ן, סימן קמא), ווען מען וויל מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען בכלליות און בפרטיות אין פגם הברית - איז די ערשטע זאך 'מקוה'. נאך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה איז מען מבטל אלע צרות און מען איז זוכה צו א ישועה; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", אז מען גייט אין מקוה נעמט מען אוועק אלע דינים.


גיי פרי ווען די מקוה איז ליידיג - אזוי וועט דיר זיין גרינגער. האלט זיך נישט צוריק פון גיין אין מקוה, זיי מקפיד צו גיין אין מקוה - בפרט ווען דו דארפסט א מקוה, ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג. אזוי אויך איז באוויסט וואס דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט א מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען - קען קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - פארוואס זאל מיין ווייב נישט טארן אנטון א שייטל?
צניעות, קדושה, קליידער, מורה דרך, משפחה, מנהגים, שמירת עינים, שייטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, עס העלפט מיר גאר גאר אסאך, כאטש איך בין נישט אפיציעל א ברסלב'ער, דאך הער הערן די שיעורים כסדר, און איך שעפ פון זיי גאר אסאך עצות און חיזוק, און עס האט מיר שוין אסאך צוריק געהאלטן פון עבירות. דאס שרייב איך פשוט אז איר זאלט וויסן אז אייערע שיעורים טוען אויף באהאלטענערהייט אפילו ביי אזעלכע וואס זענען נישט אפיציעל דערקלערט ברסלב.


וויבאלד ממש יעדע נושא אין אידישקייט וואס איר רעדט דערוועגן, הער איך אין דעם אזא געוואלדיגע קלארע דעת תורה וואס איך הער נישט פון קיינעם, עס קלארט מיר אויס אזויפיל בלבולים וואס דרייט זיך מיר אין קאפ, דערפאר וויל איך פרעגן איבער אן ענין וואס שטערט מיר שוין גאר א לאנגע צייט, און דאס איז בנוגע דאס וואס איך וויל זייער אז מיין ווייב זאל גיין מיט א הוילע שייטל.


אין מיין סביבה בכלל, און אין מיין משפחה בפרט, איז זייער שטארק די צוגאנג אז די פרויען מען מוז גיין אזוי ווי די מאמע, עס איז ממש ווי די עשרת הדברות, און עס איז ווי א לעבל אויף די משפחה, "אונז" גייען אזוי, און גיין אנדערש פילט זיך ווי די גרעסטע עבירה אין די תורה, און אין די זעלבע צייט ביי די שכינים ידידים און אנדערע, וואס "זיי" גייען מיט א הוילע שייטל אדער ווייניגער צוגעדעקט, איז עס כשר וישר, און זיי זענען טאקע יראים ושלימים, אבער ווייל זייער באבע איז מיט פופציג יאר צוריק אזוי געגאנגען האבן זיי א גרינגערע תורה, און אלץ איז אין בעסטן ארדענונג, און איך וואס מיין באבע האט דעמאלט געוואלט זיין פרומער און זיך צודעקן איז דאס שוין געווארן א חיוב גמור אויף אלע דורות ווייטער, און אויב מ'טוישט איז מען שוין "אפגעפארן" אדער געפאלן? איך פארשטיי נישט ווי אזוי דאס ארבעט, עס זעט נישט אויס ריכטיג אין מיינע אויגן. פארוואס דארף איך זיך מער פלאגן מיט שמירת עינים ווייל מיין באבע האט אזוי געטון?


מען רעדט דאך פון א זאך וואס די גדולי ישראל נאכ'ן קריג האבן בפירוש נישט אויסגעשלאסן. און ווען איך וואלט נישט געקומען אין קאנטאקט מיט אזעלכע וואס גייען אויפגעדעקט וואלט עס נישט געצויגן אזוי שטארק, עס וואלט געווען גרינג מסיח דעת זיין דערפון, אבער למעשה האלט איך אין איין באמערקן, אפילו מיט'ן פרובירן צו האבן שמירת עינים באמערקט איך עס, עס מאכט מיר שווערע נסיונות.


איך ווייס נישט וואס צו זאגן פאר זיך אליין, איך פרעג זיך אליין פארוואס קומט זיך מיר נישט די הנאה פון מיין ווייב? פארוואס זאל מיין ווייב נישט גיין אנגעטון אויף א וועג אז איך זאל נישט דארפן קוקן אויף אנדערע? מה פשעי אז יענער קען האבן די הנאה און נאך זיין אפילו א חסידישער היימישער יונגערמאן און ביי מיר וועט דאס זיין די ערגסטע עבירה און איך בין א פאדארבענער מענטש פאר'ן עס נאר וועלן.


ווען עס וואלט זיך גערעדט פון אן איסור גמור וואס איך זע ביי יענעם, כאטש עס קען אויך מאכן קנאה ותאוה, ווייס איך כאטש וואס צו זאגן צו זיך אז דאס איז אן איסור און נעבעך אויף יענעם וואס פירט זיך נישט ערליך, אדער אפילו ווען עס רעדט זיך פון א חומרא מיט א קלארע מסורה, ווי למשל נישט צו לאזן די אייגענע האר, כאטש וואס עס איז יא דא געוויסע חסידישע וואס לאזן נאך פון דעם, און ממילא קען זיין א רייץ זיך נישט צו שערן, קען איך זיך אבער שטארקן אויף דעם, ווייל איך ווייס אז מיר גייען נאך די מסורה וואס ערליכע אידן האבן געהייסן און זיי האבן געוואוסט וואס איז גוט פאר אונז, איך ווייס פארוואס איך טו דאס, איך טו עס פאר'ן אייבערשטן, נישט פאר מיין מאמע, שוויגער, און אזוי ווייטער, אבער ביי די נושא וואס הערשט אזא צעמישטקייט אין די גאנצע זאך, עס ווענדט זיך נאר מיט די וועג פון "אונזער משפחה" אבער בעצם איז עס נישט קיין שום איסור, הייסט עס אז איך טו עס נאר ווייל איך אין מיינע אומשטענדן בין מער באגרעניצט, ווייס איך נישט ווי אזוי זיך מחזק צו זיין.


איך שטעל זיך פאר אז פאר אסאך מענטשן מאכט זיי נישט אויס אזוי שטארק אזוי צו אזוי, אבער ביי מיר איז אנדערש, עס ציט מיר יא שטארק די סארט שיינקייט פון א הוילע שייטל, עס מאכט מיר אסאך צער גאר אפט און איך קען נישט אויסגראדן מיינע מחשבות. איך האב שוין גאר אסאך מאל פרובירט צו מסיח דעת זיין פון דעם אבער אלץ קומט עס צוריק און עס שטערט מיר שטארק. איך קען נישט זען וועם אנדערש צו רעדן וועגן דעם. איך האב פרובירט צו זוכן אין פריערדיגע בריוו צו באקומען א קלארקייט איבער די נושא פון גיין מיט א הוילע שייטל, אבער איך האב נישט געטראפן וועגן דעם.


איך בעט אנטשולדיגונג פאר'ן אייך מטריח זיין, און איך האף צום אייבערשטן איר זאלט זיין דער גוטער שליח און איך זאל באמת גענצליך באפרייט ווערן פון דעם גלות הנפש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישטא קיין כלל ביי דעם. איך ווייס פעלער ביי אנשי שלומינו וואס זענען געקומען צו מוהרא"ש פרעגן אויב זיי קענען זיך אנטון אנדערש פון זייער משפחה, א טייל האט מוהרא"ש מדריך געווען אויף יא; מוהרא"ש האט זיי פונקטליך מדריך געווען ווי אזוי זיי זאלן דאס טון, ווי לאנג די שייטל זאל זיין וכו'. אזוי אויך זענען געווען משפחות וואס האבן זיך געוואלט אויסטון די צודעק פונעם שייטל און מוהרא"ש האט זיי מדריך געווען אז זיי קענען דאס טון. און אויך ווייס איך קלארע מעשיות וואס מוהרא"ש האט גע'עצה'ט נישט אויסטון די טיכל, גארנישט משנה זיין, נאר בלייבן מיט די לבוש אזוי ווי די מאמע גייט; דעריבער איז ראטזאם איר זאלט אריבער גיין צו אייער מורה דרך, אדער דיין וועם איר פרעגט אייערע שאלות, און ער וועט אייך מדריך זיין ווי אזוי איר זאלט זיך פירן.


דאס וויכטיגסטע זאך אין לעבן איז האבן א מורה דרך, אן ערליכער איד - וועמען מען פרעגט ביי יעדע טריט און שריט ווי אזוי זיך צו פירן. מען קען גיין מיט א טיכל, מען קען גיין מיט א שייטל; אויב מען לעבט אן א מורה דרך, מען האט נישט קיין וועג ווייזער א דיין אדער רב וכדומה וועם מען פרעגט און מען פאלגט - איז מען א הפקר מענטש און די קינדער וועלן זיך נישט האלטן אויף די אידישע וועג, און אז מען האט א מורה דרך, מאן און ווייב ביידע אינאיינעם האבן אן ערליכער איד וועם מען פרעגט - דאן איז גוט פאר זיי און גוט פאר זייערע דורות.


דעריבער זאלט איר פרעגן אייער רב, אייער דיין - וואס איר זאלט טון, ווי אזוי איר זאלט זיך פירן.


איין קליינע באמערקונג, דאס וואס דו שרייבסט: "פארוואס זאל מיין ווייב נישט גיין אנגעטון אויף א וועג אז איך זאל נישט דארפן קוקן אויף אנדערע? און פארוואס דארף איך מיך מער פלאגן מיט שמירת עיניים ווייל מיין באבע האט זיך אנגעטון א טיכל נאכן קריג?"


וויסן זאלסטו, ווי אזוי דיין ווייב וועט נאר גיין אנגעטון - וועסטו דארפן ארבעטן אויף שמירת עיניים, ווייל די אינגעלייט וואס זייערע ווייבער גייען אנגעטון מיט א שייטל - דארפן אויך ארבעטן אויף שמירת עיניים, די האבן אויך שווערע ביטערע נסיונות. פאר דיר דאכט זיך יעצט אז אויב דיין ווייב וואלט ווען געהאט א שייטל וואלט דיר געווען גרינגער, עס איז נישט אזוי; עס וועט דיר נישט קיין סאך העלפן אויף שמירת עיניים ווי אזוי דיין ווייב וועט זיך אנטון, אז דו ווילסט האבן ריינע אויגן - דארפסטו היטן דיינע אויגן, מוהרא"ש ברענגט א מאמר החכם: "אין חוצץ בפני התאוה כעצימת העינים" (עיין ספר חסידים, סוף סימן י), די בעסטע עצה צו באזיגן די תאוה איז אז מען זאל פארמאכן די אויגן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, היט דיינע אויגן, אזוי וועסטו זיין צופרידן מיט דיין ווייב, מיט דיין לעבן; דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק. די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ברכות א, ה) דער אייבערשטער זאגט: "אִי יְהַבְתְּ לִי לִיבָּא וְעֵינָא, אֲנָא יָדַע דְּאַתְּ לִי", אז דו געבסט מיר דיין הארץ מיט דיינע אויגן - ווייס איך אז דו ביסט מיינער; ווייל חס ושלום אויב מען איז מפקיר די אויגן, מען קוקט עבירות - ווערט מען א חסר דעה, מען ווערט משוגע. אזוי ווי עס שטייט (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", מוהרא"ש טייטשט, דאס מיינט מען אז דער וואס היט נישט די אויגן - ווערט משוגע רחמנא לצלן, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו; עיין קיצור לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן ס, אות ה): "רוב משוגעים ווערן משוגע פון תאות ניאוף".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - זאל איך זיך לערנען א נייע פאך אויפ'ן חשבון פון מיין פרנסה?
פרנסה, שמירת עינים, פילטער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין אסאך יארן וואס איך הער די שיעורים און דאס איז מיר זייער מחזק, עס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן, ממש נישט צום דערקענען, אויך מיין ווייב פריידט זיך אז איך הער די שיעורים, זי זעט דעם גרויסן שינוי לטובה וואס האט פאסירט ביי מיר.


איך טו עפעס פאר פרנסה ברוך ה', אבער יעצט וויל נעמען א געוויסע קורס זיך צו לערנען א נייע פאך, אבער דאס וועט גיין אויפ'ן חשבון פון מיין יעצטיגע ארבעט, דאס הייסט איך וועל מוזן פארפאסן פון מיין ארבעט, צו גיין צו די קורס, איך וויל אבער זייער שטארק דאס נעמען. מיין שאלה איז אויב ס'איז ריכטיג צו פארפאסן פון די ארבעט כדי זיך צו קענען אריינלייגן אין לערנען א נייע פאך? איך וועל דארף גיין צו דעם קורס צוויי מאל א וואך פאר א יאר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער א גוטע זאך זיך צו לערנען אליינס א פאך צו קענען ארבעטן פאר זיך, נישט דארפן זיין א גאנץ לעבן אן עבד לעבדים.


בנוגע אויב דו מעגסט לערנען א פאך אין די צייט וואס דו ארבעטסט פאר איינעם; דאס דארפסטו פרעגן א דיין אינאיינעם מיט דעם בעל הבית פאר וועם דו ארבעטסט - אויב דו מעגסט אראפנעמען צייט פון דיין ארבעט זיך צו לערנען א פאך.


נעם זיך פאר צו היטן די אויגן; לייג ארויף א פילטער אויף דיינע כלים. מוהרא"ש זאגט, ווער עס היט זיך די אויגן - וועט האבן פרנסה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שׁין: "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׁבֵּרוּ", אז מען צעברעכט די אויגן – דאס הייסט מען קוקט נישט קיין עבירות, "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ" - וועט דער אייבערשטער געבן פרנסה אין צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - ווי אזוי קען איך זיך שטארקן צו היטן מיינע אויגן?
תפילות אויף אידיש, נסיונות, שמירת עינים, מקוה, בחירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס אנגעהויבן הערן די שיעורים, און צוביסלעך הויבן זיך אן זאכן צו רוקן ביי מיר צו גוטנס ברוך ה'.


איך האב א פראבלעם נאך פון אלס יונגער בחור, אז איך קען זיך נישט היטן די אויגן אין מקוה, איך ווער ממש משוגע פון דעם, פון איין זייט וואלט איך אפילו אויפגעהערט צו גיין אין מקוה בכלל, אבער פון די אנדערע זייט ווייס איך דאך אז ס'איז יא א גרויסע זאך צו גיין אין מקוה.


איך האב שוין חתונה געהאט ברוך ה', איך האב געמיינט אז דער פראבלעם וועט אוועקגיין, אבער דערווייל מוטשע איך זיך נאכאלץ מיט דעם. ברוך ה' אז איך האב נישט געטון קיין עבירות, קיינעם נישט אנגערירט חס ושלום אויף א שלעכטע וועג, אבער די אויגן קען איך זיך נישט היטן.


איך בעט זייער אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה ארויסצוקריכן פון דעם פראבלעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א איד איז געקומען צום רבי'ן פרעגן: "ווי אזוי קען מען זאגן א מענטש האט א בחירה, עס איז דא צייטן וואס עס איז נישט מעגליך אויפצוהערן טון וואס מען האט זיך צוגעוואוינט צו טון?" האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קי): "עס איז נישט אזוי, אפילו ווען עס זעט אויס אז מען קען נישט, איז נאכאלץ דא א בחירה, אויב מען וויל - טוט מען עס, און אז מען וויל נישט - טוט מען נישט". זאגט רבי נתן (שם): "איך האב מיר פארצייכנט וואס דער רבי האט אים געענטפערט, ווייל זייער אסאך מענטשן האבן די קשיא, זיי זענען שוין אזוי שטארק צוגעוואוינט צו טון שלעכטע מעשים, עד כדי כך אז זיי מיינען עס איז נישט מעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים".


אז דו וועסט היטן דיינע אויגן - וועסטו נישט האבן קיין בזיונות, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות ניאוף, חלק ב', סימן יד): "מִי שֶׁעוֹצֵם עֵינָיו מֵרְאוֹת בְּרָע, עַל יְדֵי זֶה נִצּוֹל מִבִּזְיוֹנוֹת", ווער עס היט זיך זיינע אויגן, ער קוקט נישט קיין שלעכטס - דורכדעם ווערט ער געראטעוועט פון בזיונות, און אויב חס ושלום מען היט נישט די אויגן - ווערט מען נאכדעם פארשעמט, ווייל אלע עבירות און אלע זינדיגע מענטשן הייבט זיך אן מיט די אויגן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה ב, י): "עֵינָא וְלִבָּא, תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַּחֲטָאָה אִינוּן", די אויגן און הארץ זענען די מעקלערס פאר'ן יצר הרע, דאס מאכט מען זאל אראפפאלן אין עבירות רחמנא לצלן.


אז מען היט זיך נישט די אויגן ווערט מען נאכדעם פארשעמט, ממש ווי דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט (שיחות הר"ן, סימן דש), מען בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף דעם: "אַל תְּבִיאֵנִי לֹא לִידֵי נִסָּיוֹן וְלֹא לִידֵי בִּזָּיוֹן", ברענג מיר נישט צו קיין נסיונות און נישט צו קיין בזיונות, האט דער רבי געזאגט: "אָדֶער אַ נִסָּיוֹן אָדֶער אַ בִּזָּיוֹן", אויב עס ווערט אויס נסיון ווערט מען פארשעמט.


איידער דו גייסט ארויס פון שטוב און איידער דו גייסט אין מקוה זאלסטו מאכן א קליינע תפילה, בעט: "הייליגער באשעפער, היט מיר מיינע אויגן, היט מיר מיין מחשבה; איך זאל נישט קוקן קיין שלעכטס און נישט טראכטן קיין שלעכטס".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - מעג מען קוקן אויף צניעות'דיגע פרויען?
הלכה, קדושה, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען לעצטנס אן הלכה אז על פי דין מעג מען קוקן אויף צניעות'דיגע פרויען, נאר נישט הנאה האבן פון דאס קוקן, נאר על פי מוסר איז אסור בכלל צו קוקן.


פון ווען כ'האב דאס געזען בין איך ווייניגער מקפיד נישט צו קוקן, אבער למעשה קלאפט מיר דאס הארץ אז איך טו נישט באמת דעם רצון ה'. וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט וואס דו רעדסט, ווי קענסטו פארזען אן אפענע פסוק אין די תורה וואס מען זאגט יעדן טאג ביי קריאת שמע (במדבר טוב, לט): "וְלֹא תָתוּרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם", זאגט אויף דעם רש"י (שם): "הַלֵּב וְהָעֵינַיִם הֵם מְרַגְּלִים לַגּוּף וּמְסַרְסְרִים לוֹ אֶת הָעֲבֵרוֹת", די אויגן און די הארץ זענען צוויי מעקלערס פאר עבירות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (עיין מדרש תנחומא, סוף פרשת שלח; ירושלמי ברכות א, ה): "הָעַיִן רוֹאֶה", עס הייבט זיך אן מיט די אויגן, אז מען היט נישט די אויגן, "וְהַלֵּב חוֹמֵד", - קומט די הארץ און הייבט אן גליסטן, "וְהַגּוּף עוֹשֶׂה אֶת הָעֲבֵרוֹת", און די גוף טוט די עבירה.


אלעס הייבט זיך אן מיט די אויגן; אז מען היט נישט די אויגן פאלט מען אראפ אין עבירות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן אונז (סוטה ח.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶּה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע קומט צום מענטש ווען דער מענטש היט נישט די אויגן; אזוי אויך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ירושלמי ברכות א, ה): "לִיבָּא וְעֵינָא תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַּחֲטָאָה נִינְהוּ", די הארץ און די אויגן זענען צוויי מעקלער פאר עבירות, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אִי יְהַבְתְּ לִי לִיבָּא וְעֵינָא, אֲנָא יָדַע דְּאַתְּ לִי", דער אייבערשטער זאגט אונז, אויב דו געבסט מיר די צוויי זאכן - די היטסט דיינע אויגן, דו קוקסט נישט אויף קיין פרעמדע פרויען און דו געבסט מיר דיין הארץ - דו גליסט נישט קיין פרעמדע זאכן, ווייס איך אז דו ביסט מיינער; עס איז מיר א גרויסע וואונדער ווי אזוי א איד שרייבט אזעלכע זאכן קעגן די תורה.


וויסן זאלסטו, אז מען היט זיך נישט די אויגן איז גרויסע צרות; מוהרא"ש זאגט, דאס וואס די תורה זאגט (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", דאס גייט ארויף אויף הסתכלות אסורות; דער וואס היט נישט די אויגן - דער ווערט פשוט קראנק, ער ווערט משוגע, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו) רוב משוגעים ווערן משוגע פון ניאוף.


איך בעט דיר, האב רחמנות אויף דיר, האב רחמנות אויף דיין נשמה; הער אויף קוקן אויף פרויען. וויי און ביטער איז פאר דעם וואס קוקט אויף פרויען, מענטשן זענען אזוי פארקראכן אין דעם, מען טראכט אז מען קען נישט ארויסקריכן פון דעם וכו', בשעת דאס איז א קראנקהייט, צו קוקן אויף יעדע פרוי. אז דו וועסט אכטונג געבן פן היינט און ווייטער צו היטן דיינע אויגן וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.


עס ווערט געברענגט פון צדיקים, אויפ'ן פסוק (בראשית לח, כא): "אַיֵּה הַקְּדֵשָׁה, הִוא בָעֵינַיִם"; אַיֵּה הַקְּדֵשָׁה - ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ווערן הייליג? הִוא בָעֵינַיִם - אויב מען היט זיך די אויגן איז מען זוכה אז מען ווערט הייליג, און אויב חס ושלום מען איז מפקיר די אויגן, מען קוקט וואו עס לאזט זיך - דעמאלט איז א סימן אז מען איז זייער ווייט פון קדושה.

#39 - איך וויל זיין גוט, אבער איך האלט אין איין פאלן
שידוכים, תשובה, עבירות, שמירת עינים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די שיינע דרשות און חיזוק, איך בין זיך מחיה מיט דעם.


איך בין א יונגער בחור, און איך גיי אסאך מאל אין פארק, און דארט טרעף איך זיך מיט גוים און איך טו עבירות מיט זיי. פאר איך גיי אהין, און ווען איך קום צוריק, און אזוי אויך בשעת מעשה, וויל איך עס באמת נישט טון, אבער פון דעסט וועגן טו איך עס נאכאמאל און נאכאמאל, ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון דעם?


איך בין מעביר סדרה יעדן טאג, איך זאג משניות וויפיל איך קען אנקומען צווישן די סדרים אין מיין ישיבה, אבער פון דעסט וועגן האלט איך איין פאלן. דאס איז אויסער דעם וואס יעדעס מאל איך גיי אויפ'ן גאס מוז איך קוקן אויף יעדע פרוי, און איך ווער ממש משוגע.


יעדעס מאל באזונדער טו איך נאכאמאל תשובה, איך זאג נאכאמאל צו פאר'ן אייבערשטן אז איך גיי עס מער נישט טון, אבער איך פאל ווייטער דורך.


איך בעט זייער דעם ראש ישיבה שליט"א זאל מיר געבן אן עצה וואס וועט מיר טאקע העלפן, ווייל איך קען נישט מער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט האבן צו טון מיט גוים און זיכער נישט שפילן מיט זיי; ווען דו זאלסט וויסן ווי שטארק א גוי האט פיינט א איד וואלסטו נישט גערעדט מיט זיי און געהאט צו טון מיט זיי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי בהעלותך, סט) רבי שמעון בן יוחאי זאגט: "הֲלָכָה הִיא, בְּיָדוּעַ שֶׁעֵשָׂו שׂוֹנֵא לְיַעֲקֹב", עס איז א קלארע הלכה אז עשו האט פיינט יעקב; מוהרא"ש ברענגט אויף דעם אז אויף די הלכה קריגט קיינער נישט, יעדער האלט אזוי ווי רבי שמעון.


בעט איך דיר זייער זאלסט מער נישט גיין צו קיין שום פארק וואו גוים שפילן זיך וכו'; געב אכטונג פון זיי און האב נישט מיט זיי צו טון, ווייל זיי קענען דיר שלאגן און דיר מזיק זיין השם ישמרינו, אזוי ווי מען הערט כסדר אין די נייעס ווי גוים שלאגן און הרג'נען אידן השם ישמרינו.


אויף דיין פראגע: "וואס טוט מען מיט שמירת עיניים וכו'?" בעט דעם אייבערשטן פאר דו גייסט ארויס פון שטוב; שטעל זיך ביי די מזוזה, לייג דיין האנט אויף די מזוזה און בעט א קליינע תפילה: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן, איך זאל בלייבן מיט ריינע אויגן", און ווען עס קומט דיר אונטער א נסיון זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער היט מיר איך זאל נישט קוקן אויף קיין פרעמדע פרויען, העלף מיר איך זאל האבן ריינע אויגן; העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד".


אז דו וועסט זיך היטן דיינע אויגן וועסטו זוכה זיין צו טרעפן א שיינע כלה און דו וועסט האבן א גוט לעבן; אויב מען היט די אויגן האט מען גוט חתונה און מען האט ליב צו זיין אין שטוב נאך די חתונה, ווידעראום אויב מען היט נישט די אויגן האט מען נישט קיין לעבן; די לעבן ווערט נמאס, מען שפירט נישט קיין טעם אין גארנישט.


זיי ממשיך מיט מעביר סדרה זיין און מיט זאגן משניות; אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג גמרא, ווייל גמרא היט דעם מענטש פון אלע קליפות און רוחות רעות.


איך האף אז דו וועסט פאלגן אלעס וואס שטייט אינעם בריוו, וועסטו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#38 - ווי אזוי לערנט מען אויס קינדער זיך צו היטן די אויגן?
חינוך הילדים, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח אויף די געוואלדיגע שיעורים, וואס זענען אונז שטענדיג מחזק.


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר אז מ'דארף אנזאגן די קינדער זיך צו היטן די הענט, נישט צורירן וואו מ'טאר נישט. וויל איך וויסן אויב מ'דארף זיי אויך זאגן דאס וואס שטייט אין שלחן ערוך אז חסידים הראשונים האבן זיך אויך געהיטן די אויגן, און נישט געקוקט דארט וואו מ'טאר נישט? אדער איז דאס נאר פאר בעלי מדריגה?


בכלל וויל איך וויסן אויב ערוואקסענע מענטשן דארפן זיך אויך אזוי פירן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו לערנען דיינע קינדער זיי זאלן זיך פירן ווי די הייליגע צדיקים, זיך היטן די אויגן; וועלן זיי אויך אויסוואקסן גרויסע צדיקים. מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח:) מען האט געפרעגט רבי, "פארוואס האסטו זוכה געווען מען זאל דיר רופן רבינו הקדוש?" האט ער געענטפערט, "מִיָּמַי לֹא נִסְתַּכַּלְתִּי בַּמִילָה שֶׁלִּי", איך האב זיך געהיטן מיינע אויגן, איך האב קיינמאל נישט געקוקט אויף די מקום המילה, דעריבער רופט מען מיר מיט דעם טיטל רבינו הקדוש; זעט מען פון דעם אז דורכדעם וואס מען היט זיך די אויגן איז מען איז זוכה צו ווערן הייליג.


בפרט ווען דו נעמסט דיינע קינדער אין מקוה זאלסטו זיי אויסלערנען מידת הצניעות. זיי זאלן זיך היטן די אויגן, זיי זאלן שטיין אויסגעדרייט צום וואנט בצניעות. ווייל דער הייליגער זוהר זאגט בפירוש אז מען טאר נישט קוקן, דאס איז נישט קיין מידות חסידות, דאס איז אן איסור. אזוי ווי מיר געפונען (זוהר הקדוש פרשת בשלח, דף סו:): "אָסוּר לְאִסְתַּכְּלָא בַּקֶּשֶׁת", מען טאר נישט קוקן אויפ'ן אות הברית; נאך זאגט דער זוהר הקדוש אין פרשת קדושים (פד:): "אָסִיר לֵיהּ לְבַר נָשׁ לְאִסְתַּכְּלָא בְּאָת קַיָּימָא דִּילֵיהּ", עס איז אסור פאר'ן מענטש צו קוקן אויפ'ן אות הברית; זאלסטו צוגעוואוינען דיינע קינדער פון קליינווייז אן זיי זאלן זיין הייליג און ריין.


וואויל איז דעם וואס היט זיינע קינדער פון יונגווייז אן, וועט ער זוכה זיין צו קינדער צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - ווי אזוי קען איך היטן מיינע אויגן ביי די ארבעט?
פרנסה, שמירת עינים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים און חיזוק וואס האבן מיר געטוישט דאס לעבן צום גוטן. איך ארבעט א גאנצן טאג, און איך האב קיינמאל נישט געטראכט אז איך קען אויך טרעפן צייט צו לערנען, אבער זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים, האב איך אנגעהויבן צו לערנען יעדן טאג, איך בין מעביר סדרה יעדן טאג, איך לערן יעדן טאג די "בית נצחי", און נאך שיעורים, און איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן.


אויך מיין ווייב הערט די שיעורים און דערקוויקט זיך דערמיט, און אזוי איז אונזער גאנצע שטוב געווארן פרייליך און געשמאק, אונזער גאנצער לעבן איז געווארן א תוכנ'דיגע ערליכע געשמאקע לעבן, און איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם.


יעצט צו מיין שאלה, איך ארבעט אין א גרויסע מוסד פון נישט געזונטע קינדער ל"ע,  איך מאך ב"ה שיין פרנסה, אבער איך דארף זיך אסאך דרייען אין די בנינים און אין די קלאסן, און ס'קומט אויס אז איך דארף אסאך רעדן מיט פרעמדע פרויען וועמען איך סערוויר ביי די ארבעט. כאטש וואס אין מיין אפיס זיצן נאר מענער, איז אבער אין די אנדערע אפיסעס דארט אויך דא פרויען, און בכלל דרייען זיך דארט אסאך פרויען. אלע פרויען זענען נאר פרומע און היימישע, מ'רעדט נישט ח"ו קיין איבריגע ווערטער, אבער למעשה שפיר איך אז מיין שמירת עינים איז נישט גוט ביי די ארבעט, און דאס שטערט מיר זייער.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר עצה'ן וואס צו טון, פון איין זייט איז דאס א גוט באצאלטע פרנסה, פון די אנדערע זייט ווייס איך אבער נישט אויב דאס איז א כשר'ע פרנסה ווייל איך פאל דארט אין שמירת עינים.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן צו היטן דיינע אויגן; אז מען היט די אויגן איז דא א ברכה אין די ארבעט און אין די געלט, אבער אז מען היט נישט די אויגן, מען קוקט אויף פרויען רחמנא לצלן דעמאלט איז נישט דא קיין ברכה אין די געלט, וויפיל מען פארדינט האט מען נישט גענוג וכו'. מוהרא"ש טייטשט דעם פסוק (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שׁין: "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ 'יְשַׁבֵּרוּ'", אז מען צעברעכט די אויגן – מען קוקט נישט קיין עבירות, "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ" - וועט דער אייבערשטער געבן פרנסה אין צייט.


שריי צום אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל האבן ריינע אויגן, רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויף מיין יצר הרע וואס וויל מיר אויסרייסן פון די וועלט און פון יענע וועלט; רבונו של עולם העלף מיר איך זאל נישט פוגם זיין מיט די אויגן, איך זאל שטענדיג נאר זען אלוקית אין יעדע זאך, איך זאל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר, ביי מיר און אין מיר", אזוי זאלסטו בעטן שטענדיג דעם אייבערשטן וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בשפע.


אז דו וועסט היטן די אויגן, און ווען עס קומט דיר אויס צו רעדן ביי די ארבעט מיט פרויען וועסטו זיך היטן וכו' - וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בריווח, ווייל ווען מען היט נישט די אויגן קומט מען נאכדעם צו פוגם זיין בברית וואס דאס ברענגט אלע צרות אויפ'ן מענטש; דאס ברענגט ארימקייט, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט זיין אן ארימאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארימאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - וואס טו איך אז איך וויל אפילו נישט אפלאזן מיינע עבירות?
תשובה, עבירות, שמירת עינים, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כולל אינגערמאן, איך הייס א חשובער אינגערמאן, אבער דער אמת וואס איך בין ווייסט נאר דער אייבערשטער אליין, איך זינק ליידער גאר טיף אין בלאטע.


דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב באקומען א קארטל פון איינעם מיט די נומער פון "קול ברסלב", איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים און דרשות, און דאס האט מיר אביסל אופגעוועקט פון שלאף, איך האב אנגעהויבן לערנען תורה יעדן טאג, אבער פון די אנדערע זייט ברענט נאכאלץ אין מיר זייער שטארק דער יצר הרע, איך פאל און איך פאל כסדר, און איך קען זיך נישט ארויסזען פון מיינע עבירות.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה וועט מיר ענטפערן אז אפילו ווען מ'פאלט אראפ טאר מען זיך נישט צעבראכטן, נאר זיך שטארקן און פרובירן ווייטער צו פאררעכטן, דער פראבלעם איז אבער אז איך האלט אפילו נישט ביים פאררעכטן, איך וויל נאר קוקן און קוקן נאך עבירות, איך קען שטיין צוגענאגלט צום פענסטער פאר שעות צו קוקן אויף פרויען, איך קען קויפן א סמארטפאון צו קוקן, און נאכדעם האב איך חרטה און איך צעברעך עס, און דערנאך גיי איך נאכאמאל קויפן. לאך מיר נישט אויס, אבער דער נאַר שטופט מיר ממש צו קוקן נאך און נאך, און איך זע נישט קיין וועג ארויס.


איך וויל פרעגן אויב די אלע פראגרעמס וואס העלפן פאר עדיקשאנס קענען מיר עפעס העלפן, איך שטעל זיך פאר אז דער ראש ישיבה וועט זאגן אז דאס איז געמאכט נאר פאר די גוים, אבער וואס קען העלפן פאר א איד? ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון מיינע נארישקייטן?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מאכסטו זיך אזוי תמ'עוואטע צו פרעגן וואס די עצה איז? ווען איינער האלט א מעסער אין האנט און שטעכט זיך איין מאל, צוויי מאל, דריי מאל - וואס פאר א עצה וואלסטו אים געגעבן? וואלסט רחמנות געהאט אויף אים ווען ער וויינט: "וואס קען איך טון? איך צושנייד זיך נאכאמאל און נאכאמאל", יעדער בר דעת וואלט אים געזאגט: "לייג אראפ דעם מעסער וועסטו זיך מער נישט צושניידן!" וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין וואס די עצה פאר דיר איז, לייג אראפ דעם טעלעפאן, ווארף עס אוועק וועט אלעס זיין גוט.


וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה איז זייער א הארבע עבירה, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


איך בעט דיר זייער טו תשובה, אז דו וועסט תשובה טון וועט דיר גוט זיין; ווען דו זאלסט וויסן וואס פאר א שלעכטס דו ברענגסט זיך דורך דעם, וואלסטו זיכער געהאט כח זיך צו שטארקן נישט צו טון די עקלדיגע זאכן. ווען א מענטש איז פוגם בברית ווערט אים זייער ביטער דאס לעבן, דער שאדן וואס דאס ברענגט אויפ'ן מענטש איז געפערליך, אזוי ווי דער מחבר זאגט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן ר"מ, סעיף יד): ווען מען איז פוגם בברית - "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו, וְכֹחוֹ תָּשַׁשׁ" - ווערט מען אפגעשוואכט, פארעלטערט און מען פארלירט די כוחות. אזוי אויך: "עֵינָיו כֵּהוֹת, וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", די אויגן ווערט אפגעשוואכט, מען הייבט אן זען זייער שוואך און עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון מויל; "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פון קאפ פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אסאך ווייטאג אויפ'ן מענטש.


ווארף אוועק דיין טעלעפאן וואס דו קוקסט אויף דעם עבירות באהאלטענערהייט. פארוואס זאלסטו פארלירן דיין לעבן? מען פארלירט אלעס ווען מען קוקט עבירות; ווען א מענטש זינדיגט אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית פארלירט ער דעם טעם פון דאווענען, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית, אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", ווער עס איז פוגם בברית, דער קען נישט דאווענען.


וואס האסטו פון קוקן זבל און זוהמה נאכאמאל און נאכאמאל? האסט דאך שוין אלעס געזען?! עס גייט דיר נאך נישט ארויס פון דיין נאז? וואס האסטו פון שטיין ביים פענסטער און קוקן אויף יעדע פרוי? וואס האסטו פון קוקן פיקטשערס און מאוויס פון עקלדיגע אויסגעלאסענע פרויען?! דאס מאכט דיר נאכדעם אזוי דעפערעסט! דו כאפסט נישט פון וואס דו ביסט אזוי בעצבות, דיין דעפרעסיע און צעבראכנקייט קומט פון קוקן עבירות וואס דאס ברענגט צו פגם הברית רחמנא לצלן.


די עבירות מאכן דעפרעסט און צעבראכן, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער אין די תורה: "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶענִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", פון די עבירה קומט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך און שפירט נישט קיין טעם אין זיין לעבן.


איך וואונטש דיר דו זאלסט זוכה זיין תשובה צו טון.

#35 - ווי אזוי קען מען זיך היטן די אויגן אויפ'ן גאס?
שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל נאכאמאל זאגן א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים מיט וואס איך בין זיך מחיה יעדן טאג פון פריש, און א ספעציעלן יישר כח פאר די ניגונים וואס מ'זינגט כסדר פאר'ן שיעור, איך ווער יעדעס מאל איבערגענומען פון די געוואלדיגע ניגונים, איך שפיר ממש ווי ס'הויבט מיר אויף, ס'נעמט מיר ארויס פון אלע וועלטליכע זאכן און עס ברענגט מיר אריין אין אזא ליכטיגע וועלט פון אמונה און תשובה.


איך האב געוואלט בעטן אן עצה. איך וואוין אויף א הויפט גאס אין מיין שטאט, און יעצט אין די זומער איז ממש א פחד צו גיין אויפ'ן גאס וואס איז פול מיט אזויפיל פריצות, און ס'איז מיר זייער שווער, טאג טעגליך דארף איך פירן מלחמות מיט מיר אליין אן אויפהער, ובפרט וואס די איינציגסטע וועג זיך צו היטן די אויגן איז נאר דורכ'ן אראפבייגן די אויגן ביז צו דער ערד, און דאס איז א שווערע זאך צו טון כסדר. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א עפעס עצות און חיזוק אויף דעם, ווייל איך האלט עס מער נישט אויס.


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן בכפל כפלים אויף די אלע גוטס וואס איר האט געטון מיט מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר זענען אלע אין דעם זעלבן צרה, נישט קיין חילוק וואו מען וואוינט; מען קען ממש נישט גיין אין גאס זוממער, די גוים גייען אויסגעטון ווי די חיות און עס איז זייער שווער זיך צו היטן די אויגן. דער יצר הרע מאכט משוגע דעם מענטש ער זאל קוקן וואו עס גליסט זיך אים, און אז מען היט נישט די אויגן ווערט מען נאכדעם אפגעקילט פון אידישקייט.


אבער וויסן זאלסטו אז ווי גרויס און שווער דער יצר הרע איז, אלץ גרעסער זענען די הייליגע צדיקים וואס געבן אונז עצות לוחם צו זיין מיט'ן יצר הרע; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו): ווען עס ברענט אינעם מענטש תאות ניאוף רחמנא לצלן, זאל ער זאגן דעם פסוק: "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד", און: "בָּרוּךְ שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד"; ווייל מען קען נישט ניצול ווערן פון די תאוה נאר דורך אמונה, אז מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, נאר אזוי קען מען זיך ראטעווען פון די שרעקליכע תאוה. אזוי אויך זאגט דער רבי (שם) אז אויב מען איז זייער פארזינקען אין די תאוה זאל מען וויינען בשעת מען זאגט די צוויי פסוקים און דאס וועט ראטעווען דעם מענטש פון זיין בלאטע; ווייל ווי נאר מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא, דאס ראטעוועט דעם מענטש פון עבירות.


ווען דו גייסט אין גאס זאלסטו אראפקוקן ביז דער ערד, אזוי ווי דער זוהר הקדוש דערציילט (פרשת קדושים פד.): "וְכַךְ הֲוָה רַבִּי שִׁמְעוֹן עָבִיד", דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי פלעגט זיך פירן, "כַּד הֲוָה אָזִיל בְּמָתָא וַהֲווּ חַבְרַיָּיא אַזְלִין אֲבַתְרֵיהּ", ווען ער איז געגאנגען אין גאס מיט זיינע תלמידים, "וְחָמָא לְאִינְתּוּ שְׁפִּירָאן", און עס זענען דארט געווען פרויען, "מָאִיךְ עֵינֵיהּ", האט ער אראפגעקוקט, "וַהֲוָה אָמַר לְחַבְרַיָּיא אַל תִּפְנוּ", און ער געזאגט פאר זיינע תלמידים דעם פסוק (ויקרא יט, ד): "אַל תִּפְנוּ אֶל הָאֱלִילִים", דער אייבערשטער איז דא, גייטס נישט נאך קיין שום אנדערע זאך.


בעט דעם אייבערשטן פאר דו גייסט ארויס פון שטוב; לייג די האנט אויף די מזוזה און בעט: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען היטן מיינע אויגן, איך זאל זיין ערליך", אזוי אויך פאר דו גייסט ארויס פון בית המדרש, אדער פון סיי וואו - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט אנקומען בשלום וואו דו דארפסט אנקומען.


אז דו וועסט היטן דיינע אויגן וועסטו זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים וואס וועלן שרייבן חדושי תורה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן יט): "מִי שֶׁאֵין מִסְתַּכֵּל עַל נָשִׁים, זוֹכֶה שֶׁזַּרְעוֹ יְחַבְּרוּ פֵּרוּשִׁים עַל הַתּוֹרָה", ווער עס קוקט נישט אויף פרעמדע פרויען וועט זוכה זיין אז זיינע קינדער וועלן ארויס געבן ספרים פון חידושי תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - וואס טו איך אז איך שפיר ווי א חוזק מיט מיינע תפלות?
התחזקות, תפילה והתבודדות, שלאפן, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן דאנק פאר אלע שיעורים און חיזוק, איך שטארק זיך ב"ה זייער אינעם סדר דרך הלימוד, איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג, און פרוביר זיך צו שטארקן אין קדושה.


איך מוטשע זיך זייער מיט שמירת עינים, ס'איז מיר זייער שווער זיך צו שטארקן אויף די שווערע נסיונות, איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם אבער איך שפיר ווי איך מאך חוזק פונעם אייבערשטן חס ושלום, ווייל איך בעט יעדן טאג און איך פאל נאכאמאל דורך יעדן טאג, וואס קען איך טון דערצו?


אויך האב איך א פראבלעם אז איך שטיי אויף זייער שפעט, וויפיל איך פרוביר מיט אלע מיטלען, מיט וועקער-זייגערס וכדומה, אויפצושטיין פרי גייט עס מיר נישט, און דאס מאכט מיר אויך שווער צו רעדן צום אייבערשטן, איך שפיר ווי דער אייבערשטער זאגט מיר, 'גיי צוריק שלאפן, שטיי אויף מארגן צופרי ווי א נארמאלער מענטש, און דעמאלט זאלסטו קומען רעדן צו מיר'.


איך מוז האבן אן עצה צו קענען אויפשטיין נארמאל אינדערפרי.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך, וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו געבסט נישט אויף און דו בעטסט נאכאמאל און נאכאמאל אויף שמירת עיניים.


שפיר זיך נישט ווי א חוזק אז דו בעטסט יעדן טאג דעם אייבערשטן און דו זאגסט צו פאר'ן אייבערשטן אז דו גייסט זיין ערליך און נאכדעם פאלסטו נאכאמאל אראפ; אזוי גייט עס אין עבודת השם, מען פאלט אראפ און מען הייבט זיך אויף, מען פאלט נאכאמאל און מען הייבט זיך אויף.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען מען גייט אין א געדעכטע בלאטע, מען שפירט ווי מען זינקט איין און מען גייט זיך אט אט דערטרענקען גייט מען א פוס אריין, א פוס ארויס, א פוס אריין און א פוס ארויס - ביז מען קומט אן אינדרויסן, מען בלייבט נישט שטיין מיט ביידע פיס"; אזוי אויך ווען מען פאלט אראפ אין עבירות און מען ווערט נכשל און קוקן עבירות, מען קוקט אויף אלע שמוץ און אלע טומאות, נאכדעם קומט מען צו די הארבע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דארף מען שרייען צום אייבערשטן: "טאטע ראטעווע מיר!" אן א שיעור מאל, און געדענקען: "א פוס אריין א פוס ארויס, א פוס אריין א פוס ארויס", ביז מען איז זוכה ארויס צו גיין פון די טומאה.


שפיר זיך נישט ווי א חוזק ווייל אזוי גייט עס אין עבודת השם, מיין נישט אז צדיקים האבן נישט קיין שווערע ביטערע נסיונות, מיין נישט אז זיי האבן נישט קיין נפילות וכו'; דער חילוק איז אז די צדיקים שטארקן זיך און זיי הייבן זיך אויף, אזוי ווי עס שטייט (משלי כד, טז): "כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל צַדִּיק וָקָם", אפילו ער פאלט אראפ הייבט ער אן פונדאסניי; ער קוקט נישט אויף צוריק, אויף וואס איז געווען, נאר ער קוקט אויף פאראויס.


איך בעט דיר זאלסט זיך שטארקן און נישט אפלאזן די זאך פון תפילה, און דו זאלסט ווייטער בעטן אויף שמירת עיניים אפילו דו האלטסט אין איין פאלן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט איך זאל מאכן א ניגון אויף די ווערטער: "מ'פאלט און מ'פאלט און מען הייבט זיך אויף, מ'פאלט און מ'פאלט און מען הייבט זיך אויף"; דאס איז די שיינקייט פון א איד, אז ער הייבט זיך אויף שטענדיג און ער גייט אן, נישט נאכלאזן און אויפגעבן.


בנוגע זיך צוריק לייגן שלאפן וכו'; עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס ווען ער פלעגט אויפשטיין שפעט האט ער געזאגט צו זיך מיט שמחה: "פון יעצט וועל איך זיין אן ערליכער איד"; אין דעם ליגט א שטארקע חכמה, אז מען זאל נישט ווערן צעפאלן און זאגן: "פון מארגן וועל איך זיין א נארמאלער מענטש", נאר פון יעצט וועל איך דינען דעם אייבערשטן.


נאכאמאל: "א שטארקער מענטש איז נישט איינער וואס פאלט נישט אראפ וכו', א שטארקער מענטש איז דער וואס הייבט זיך אויף".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#33 - איך קען זיך נישט היטן די אויגן, זאל איך פונדעסטוועגן גיין אין מקוה?
קדושה, שמירת עינים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער לעצטנס אז דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך איבער די גרויסקייט פון גיין אין מקוה, מיין פראבלעם איז אבער אז ווען איך גיי אין מקוה קען איך זיך נישט היטן די אויגן, איך שפיר אז איך בין א זריז ונפסד. וויל איך וויסן אויב איך זאל פון דעסט וועגן נאכאלץ גיין אין מקוה.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיך טובל'ן אין מקוה; דאס רייניגט דעם מענטש פון אלע זיינע עבירות און עס היט אים אפ אויף ווייטער נישט אראפ צו פאלן. אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות כב): עס איז געווען א מענטש וואס האט געוואלט טון אן עבירה וכו', און ווען ער האט געזען אז ער האט נישט קיין מקוה האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון טון די עבירה; אלע פרעגן שוין, וואס איז פשט אז די מקוה האט אים צוריק געהאלטן פון טון די עבירה? אויב איז ער אזא מענטש וואס וויל גיין זינדיגן וכו', וואס איז אים א חילוק צי ער וועט יא גיין אין מקוה אדער נישט? נאר דא זעט מען וואס מקוה איז. א מענטש וואס איז שטארק מיט מקוה, ער גייט יעדן טאג אין מקוה, וועט אים די מקוה צוריק האלטן פון טון עבירות.


אז דו קענסט זיך נישט היטן די אויגן דארפסטו דאך הערשט גיין אין מקוה כדי אראפ צו נעמען פון דיר אלע פלעקן מיט וואס דו האסט זיך פארשמירט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו.): "אִלְמָלֵי נִתְּנָה רְשׁוּת לָעַיִן לִרְאוֹת אֵין כָּל בִּרְיָה יְכוֹלָה לַעֲמוֹד מִפְּנֵי הַמַּזִּיקִין וכו', כָּל חַד וְחַד מִינַּן, אַלְפָּא מִשְּׂמָאלֵיהּ וְרִבְבָתָא מִימִינֵיהּ", ווען מען וואלט ווען געקענט זען די קליפות וואס שטייען ארום זיך, וואלט א מענטש דאס נישט געקענט אויסהאלטן, ער וואלט גע'חלש'ט פון שרעק; מיט א יעדע שלעכטע קוק וואס מען קוקט באשאפט מען קליפות ומשחיתים רחמנא לצלן וואס באגלייטן דעם מענטש און לאזן אים נישט אפ, אבער ווען מען טובל'ט זיך אין מקוה פארלירן זיי די שייכות מיטן מענטש, ווייל קליפות זענען רוח און 'רוח' מיט 'מים' גייט נישט צוזאמען. און דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן נד): "עַל-יְדֵי יְשִׁיבָה בַּמִּקְוֶה תַּחַת הַמַּיִם, עַד שֶׁלֹּא יוּכַל לְהַחֲזִיק בְּעַצְמוֹ הָרוּחַ וְהַנְּשִׁימָה, נִמְתָּק הַדִּין", אויב מען האלט איין די אטעם אונטערן וואסער ווי לאנג מען קען שוין נישט אטעמען, דעמאלט ווערן נמתק אלע דינים.


גיי אין מקוה יעדן טאג וועסטו אלעס פאררעכטן; רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "מקוה איז די זעלבע לשון ווי תקוה, אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן"; פראביר צו גיין אין צייטן ווען עס איז מער ליידיג וכו' אזוי וועט דיר עס אנקומען גרינגער.

#32 - זאל איך מיטנעמען מיינע קינדער אויף אומאן, טראץ די נסיונות פון שמירת עינים אויפ'ן וועג?
אומאן, חינוך הילדים, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך אייך באדאנקען אויף אייערע הערליכע שיעורים וואס האט געמאכט א ריזיגע טויש אין מיין לעבן, הקב"ה ישלם שכרכם בכפלי כפלים.


איך פאר שוין אסאך יארן אויף אומאן ראש השנה ב"ה, אבער איך האב קיינמאל נישט מיטגענומען קיין קינדער. איך הער אבער ביי די שיעורים אז ס'איז יא וויכטיג מיטצונעמען די קינדער אהין. מיין שאלה איז, אזוי ווי מיין שטוב ווערט געפירט אויף א פרומען אופן, הן בנוגע זיין אפגעשיידט פון אלע סארט מאדערנקייטן וואס כאפט זיך אריין, סמארטפאון און ווידיאס איז טרייף פסול ביי מיר און שטוב, און אויך אין די בית המדרש וואו איך דאווען, און אין די תלמוד תורה וואו איך שיק מיינע קינדער זענען רובם ככולם פון אזעלכע שטובער.


יעצט ווען איך נעם מיט מיין זון פון 11 יאר קיין אומאן, איז תיכף ביים אנקומען צום עירפארט וועט ער זען אז מער פון רוב פון די אידן וואס ווארטן ארויף צו גיין אויפ'ן פליגער האבן יא א סמארטפאון אין האנט, און בשעת'ן זיצן אויפ'ן פליגער וועט ער זען ווי אידן קוקן יא ווידיאס, און בכלל די הנהגה און די דיבורים אויפ'ן פליגער קען זיין מיט לייכטזיניגקייט פון אסאך מענטשן, איז ווי אזוי וועט ער אויפנעמען אזא זאך, אז יעצט בשעת'ן טון די גרעסטע זאך וואס איז שייך, צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, זעט ער גאר אז אזויפיל אידן וואס פארן אויך קיין אומאן, טוען אזעלכע סארט זאכן וואס ער זעט נישט זיין גאנצע לעבן?


איך פארשטיי אז די אידן דארף מען דן זיין לכף זכות, און דער רבי איז א דאקטער וואס היילט אויס סיי מיך און סיי זיי, אבער א קינד וואס דארף בכלל חיזוק אוועקצושטיין פון די שרעקליכע נסיונות הדור, קען פון דעם קומען צו א מסקנא אז מ'קען זיין אן ערליכער איד צוזאמען מיט די אלע טריפה'נע זאכן.


יישר כח פאר'ן אוועק געבן פון אייער טייערע צייט.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט מחנך דיינע קינדער זיי זאלן זיין אפגעשיידט פון שלעכטס; אז מען איז מחנך די קינדער מיט ליבשאפט וועלן זיי אויסוואקסן ערליכע אידן. שלמה המלך זאגט (משלי כט, יז): "יַסֵּר בִּנְךָ וִינִיחֶךָ, וְיִתֵּן מַעֲדַנִּים לְנַפְשֶׁךָ", אז מען איז מחנך קינדער אויפן גוטן וועג וועלן זיי נאר ברענגען נחת.


דער עיקר זאלסטו זיי מחנך זיין אז זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן און יעדע זאך וואס זיי דארפן זאלן זיי אים בעטן; קינדער האבן אין זיך א ריינקייט אין זיך, ביי זיי איז די אמונה קלאר און לויטער, דערפאר זאלסטו זיי מחנך זיין זיי זאלן לעבן מיט אמונה; דערצייל זיי מעשיות פון תפילה ווי דער אייבערשטער העלפט ווען מען בעט אים, וועלן זיי אויס וואקסן ערליכע אידן.


אודאי זאלסטו ברענגען דיינע קינדער קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה; עס איז באוויסט די מעשה אז ווען רבי יודל פון דאשוב זכותו יגן עלינו - איינער פון די גרויסע תלמידים פון רבי'ן - איז געקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אזוי ווי דער רבי האט געהייסן, האט זיין זון אויך זייער שטארק געוואלט מיט קומען, אבער רבי יודל האט געטראכט אז עס איז וועט זיין זייער שווער פארן קינד די שווערע וועג וכו', אויך האט אים געפעלט געלט אויף שפעזן. למעשה איז ער געקומען צום רבי'ן אליינס אן זיין זון; ווען ער איז אריין געקומען צום רבי'ן שלום געבן האט דער רבי זיך אנגערופן: "איך בין א וואונדער; דער טאטע קומט צו מיר - גלייבט ער דאך אין מיר, און דער זון גלייבט אויך אין מיר, און פון דעסטוועגן האלט דער טאטע אפ דעם זון פון קומען צו מיר"; עס האט געבאדערט פאר'ן רבי'ן אז ער האט נישט מיט געברענגט זיין זון ווייל דער רבי האט געוואלט אז מען זאל קומען צו אים מיט די קינדער.


אזוי פירן זיך אלע תלמידי היכל הקודש; מיר פארן ראש השנה מיט אלע קינדער פון פאר זיי ווערן זיבן יאר. מיר קוקן נישט אויף גארנישט און מיר ברעכן אלע מניעות, יעדער איינער האט זיך זיינע נסיונות און אין יעדע תקופה קומען אפיר אנדערע נסיונות, אמאל איז געווען די נסיון אז עס איז נישט דא קיין עסן געהעריג, אדער די בעט איז נישט געהעריג, האבן מיר דאס צעבראכן און געקומען אפילו אן עסן און אן שלאפן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תד): "יא עסן - נישט עסן, יא שלאפן – נישט שלאפן, יא דאווענען – נישט דאווענען, דער עיקר אז מען זאל זיין ביי מיר אויף ראש השנה"; און אזוי קומען כסדר אן פרישע נסיונות, אבער מיר פאלגן דעם רבי'ן און קומען צו אים אויף ראש השנה.


אז דו ווילסט געבן א גוטע חינוך פאר דיינע קינדער זאלסטו זיי מיט נעמען מיט דיר און זיי מחנך זיין אונטער וועגנס זיי זאלן האבן שמירת עיניים, וועסטו זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - זאל מען נעמען קינדער אין מקוה אום ערב שבת?
חינוך הילדים, שמירת עינים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט וויסן אויב מ'זאל נעמען קינדער אין מקוה אום ערב שבת קודש, און אויב יא פון וועלכע יארגאנג. איך האב מורא זיי מיטצונעמען וועגן שמירת עינים און שלעכטע מחשבות וואס זיי קענען האבן פון דעם, אפילו ווען מ'זאגט זיי אן נישט צו קוקן, זעען זיי אבער למעשה.


איך געדענק ווען איך בין געגאנגען אין מקוה אלס קינד מיט מיין טאטע, האט מיין שמירת עינים נישט געטויגט אזוי גוט, דעריבער האט איך יעצט מורא צו נעמען מיינע קינדער, פון די אנדערע זייט אויב וועל איך זיי אנהויבן נעמען ערשט ביי די צוועלף יאר, קען דאן זיין נאך ערגער, ווייל זיי זענען נישט צוגעוואוינט צו דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעדע זאך וואס מען געוואוינט איין קינדער צו טון וועלן זיי דאס שפעטער טון; אז מען נעמט די קינדער אין שול, מען האלט זיי נעבן זיך ביים דאווענען און מען לערנט זיי שטייטליך אויס ווי אזוי צו דאווענען און נישט צו רעדן ביים דאווענען וועלן זיי אויסוואקסן גרויסע צדיקים, און ווען זיי וועלן גרויס ווערן וועלן זיי אליינס גיין דאווענען. אבער אויב מען לאזט די קינדער ארום לויפן אין שול און מען שמועסט ביים דאווענען וועלן די קינדער אויסוואקסן אן קיין יראת שמים.


די זעלבע זאך איז מיט יעדע דבר שבקדושה; מען דארף מחנך זיין די קינדער זיי זאלן זיין צוגעוואוינט צו אלע מצות און אלע מנהגים. א טאטע דארף נעמען זיינע קינדער אין מקוה ערב שבת כדי זיי צו מחנך זיין צו גיין אין מקוה, און זיי אויסלערנען ווי אזוי מען גייט אין מקוה בצניעות בקדושה ובטהרה.


פון די זיבן יאר קען מען שוין ברענגען קינדער אין מקוה ערב שבת; פארשטייט זיך נאר מיטן טאטע'ן, ווייל אליינס טאר מען נישט גיין אין מקוה. אפילו א בר מצוה בחור'ל דארף האבן שמירה פון חולי נפש רחמנא לצלן.


אז מען ברענגט קינדער אין מקוה איז כדאי צו גיין ווי פריער ווען די מקוה איז נאך ליידיג, זיי מחנך זיין נישט צו רעדן אין מקוה און זיי אויסלערנען זריזות נישט צו פעניען אין מקוה. מען דערציילט אויפן הייליגן רבי נתן זכרונו לברכה אז ער פלעגט גיין אין מקוה מיט אזא שנעלקייט, אז קיינער האט אים נישט געקענט אויסכאפן; ווי לאנג מען האט זיך אנגעהויבן אויסטון איז רבי נתן שוין געווען אויסגעטון גע'טובל'ט און צוריק אנגעטון און ארויס פון מקוה! דאס קען יעדער זוכה זיין אז מען געוואוינט זיך צו צו דעם.


דאס וואס דו פרעגסט וועגן שמירת עיניים; אדרבה, דאס דארף מען אויסלערנען די קינדער נאך פון זייער יוגנט, אז מען דארף היטן די אויגן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - ס'קומט זומער, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט שמירת עינים?
קדושה, שמירת עינים, זומער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט די זומער טעג, און איך הויב שוין אן שפירן ווי איך ווער משוגע, די ווינטער האט זיך ברוך ה' פארצויגן און ס'איז געווען אביסל גרינגער מיט שמירת עינים, ווען עס קומט אבער יעצט די הייסע זומער טעג הויבט זיך אן מיינע פראבלעמען. איך האב ב"ה א וואוילע פיינע ווייב, עס העלפט מיר אבער נישט צופיל. ווי אזוי קען איך זיך אן עצה געבן? ווי אזוי קען איך זוכה זיין צו האבן הייליגע ערליכע אויגן? אלע עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א העלפן מיר, אבער נישט עכט ווען עס קומט די זומער טעג.


יישר כח פאר אלעס.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, מיר זענען אלע אינעם זעלבן צרה; עס קומט זוממער און די גאסן ווערן שרעקליך. מען קען ממש נישט גיין אין גאס, די גוים גייען אנגעטון ווי די חיות, בעסער געזאגט אויסגעטון ווי די חיות און עס איז זייער שווער צו היטן די אויגן. דער יצר הרע מאכט משוגע דעם מענטש מען זאל קוקן וואו עס גליסט זיך, ביז ער קילט נאכדעם אפ דעם מענטש פון זיין אידישקייט.


אבער וויסן זאלסטו, ווי גרויס און שווער דער יצר הרע איז, אלץ גרעסער זענען די הייליגע צדיקים וואס געבן אונז עצות לוחם צו זיין מיטן יצר הרע. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו): ווען עס ברענט אינעם מענטש תאות ניאוף רחמנא לצלן, זאל מען זאגן דעם פסוק: "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד", און: "בָּרוּך שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד"; ווייל מען קען נישט ניצול ווערן פון די תאוה נאר דורך אמונה, אז מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, נאר אזוי קען מען זיך ראטעווען פון די שרעקליכע תאוה. דער רבי זאגט (שם): אויב מען איז זייער פארזינקען אין די תאוה זאל מען וויינען בשעת מען זאגט די צוויי פסוקים און דאס וועט ראטעווען דעם מענטש פון זיין בלאטע; ווייל ווי נאר מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא, דאס ראטעוועט דעם מענטש פון עבירות.


נאך אן עצה געבט אונז דער הייליגער רבי, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ראיה, חלק ב', סימן ט): "כְּשֶׁאָדָם יוֹצֵא לַשּׁוּק וּמִתְיָרֵא שֶׁלּא יָבוֹא לִידֵי הִרְהוּר עַל יְדֵי הָרְאִיָּה שֶׁיִּרְאֶה נָשִׁים יָפוֹת, יאמַר הַפָּסוּק "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חוּצָה" וְכוּ', וְעַל יְדֵי זֶה יִנָּצֵל מֵרְאוֹת", אויב מען האט מורא אז מען וועט נכשל ווערן ווען מען גייט אין גאס מיט ראיות אסורות זאל מען זאגן פאר מען גייט ארויס פון שטוב דעם פסוק (ישעיהו לג, ז): "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה, מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן", דורך דעם וועט ער געראטעוועט ווערן; אזוי פירן זיך ברסלב'ער חסידים, ווען זיי גייען ארויס פון שטוב, בשעת מען קישט די מזוזה און מען האלט די האנט אויפן מזוזה זאגט מען דעם פסוק: "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה, מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן", און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל צוריק קומען געזונטערהייט.


פאר דו גייסט ארויס פון שטוב זאלסטו אזוי טון, לייג ארויף דיין האנט אויפן מזוזה און זאג דעם פסוק: "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה, מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן", און בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל זיך היטן מיינע אויגן, העלף מיר איך זאל נישט ווערן פארברענט פונעם יצר הרע וואס וויל מיר אויסרייסן פון דער וועלט און פון יענער וועלט, ברענג מיר צוריק אהיים בשלום"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן. און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, דאס וועט דיר ראטעווען פון שלעכטס.


מען האט אמאל געהערט ווי א ברסלב'ער איד גייט אין גאס זוממער און מורמעלט זיך אונטער: "איך וויל קינדער וואס וועלן ארויס געבן ספרים", "איך וויל קינדער וואס וועלן זיין ערליכע אידן", האט מען אים געפרעגט: "מַה מָקוֹם לִתְפִלָּה זוּ?" וואס איז פשט פון בעטן דא אויפן גאס פאר קינדער וואס וועלן מחדש זיין חידושי תורה, האט ער געענטפערט: "איך רעד צו מיר אליין; איך האב יעדע סעקונדע א גרויסע תאוה אויפצוהייבן מיינע אויגן און קוקן אויפן גאס וכו', עס איז מיר זייער שווער צו היטן מיינע אויגן, אבער איך דערמאן זיך וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן יט): "מִי שֶׁאֵין מִסְתַּכֵּל עַל נָשִׁים, זוֹכֶה שֶׁזַּרְעוֹ יְחַבְּרוּ פֵּרוּשִׁים עַל הַתּוֹרָה", ווער עס קוקט נישט אויף פרעמדע פרויען וועט זוכה זיין אז זיינע קינדער וועלן ארויס געבן ספרים פון חידושי תורה; דערפאר רעד איך צו מיר אליינס, איך חזר צו מיר אז עס לוינט זיך ענדערש אראפ צו קוקן, ווייל אזוי וועל איך האבן קינדער וואס וועלן זיין ערליכע אידן תלמידי חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - איך ארבעט אין א געשעפט, און ס'איז מיר שווער צו היטן די אויגן
שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א,


איך ארבעט אין א געשעפט, און איך דארף כסדר האנלען מיט פרויען, און עס איז מיר זייער שווער מיט שמירת עינים. איך בין געווען זומער אין קעמפ על מי מנוחות, איך בין געווען ארומגענומען מיט קינדער א גאנצע טאג, און ס'איז געווען זייער גוט. אבער יעצט בין איך צוריק געקומען אין שטאט, איז מיר זייער שווער צו היטן די אויגן, סיי אויף די גאס און בפרט אין געשעפט וואו איך בין א גרויס חלק פון טאג.


יצחק

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ד' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד יצחק נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה האט געוואוינט אין ברסלב אויפן גאס וואו דער מארק פלעגט זיין, און ער האט שטענדיג געהאלטן די פענסטער און די פירהאנג פארמאכט; בדרך כלל איז שטענדיג דא א רעש וכו' ביי דער פלאץ וואו דער מארק איז, מיט דעם אלעם איז ר' נתן קיינמאל נישט צוגעגאנגען צום פענסטער קוקן וואס עס טוט זיך אין גאס. איינמאל איז געווען זייער א גרויסער און אומגעווענליכער רעש, ר' נתן איז געזיצן ביי זיך אין שטוב און געשריבן זיינע חידושי תורה, און ווען ער האט געהערט די הויכע קולות, ווי מען שרייט, האט ער אראפ געלייגט דעם פעדער, און געוואלט גיין קוקן וואס עס גייט פאר, ווען ער האט זיך שוין אויפגעשטעלט צו גיין קוקן, האט ער אנגעכאפט דעם טיש און געזאגט צו זיך אליין: "נתן נתן... איין קוק ווייניגער אויף די וועלט – איז פארט בעסער", און ער האט זיך צוריק אראפ געזעצט. ר' נתן זכרונו לברכה איז צוגעקומען צו האבן ישוב הדעת, ווייל ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן.


דערפאר, אז דו שרייבסט מיר אז עס איז דיר זייער שווער צו היטן די אויגן, געב איך דיר אן עצה, אז דו זאלסט יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל דיר העלפן, דו זאלסט זוכה זיין צו האבן שמירת עיניים. פאר דו גייסט ארויס פון שטוב צו גיין צו דער ארבעט, בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו האבן אפגעהיטענע אויגן. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות ראיה, סימן ט): "כְּשֶׁאָדָם יוֹצֵא לַשּׁוּק וּמִתְיָרֵא שֶׁלֹּא יָבוֹא לִידֵי הִרְהוּר עַל יְדֵי הָרְאִיָּה, שֶׁיִּרְאֶה נָשִׁים יָפוֹת, יֹאמַר הַפָּסוּק 'הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן', וְעַל יְדֵי זֶה יִנָּצֵל מֵרְאוֹת", ווען א מענטש גייט ארויס פון שטוב און ער האט מורא אז ער וועט נכשל ווערן נישט צו היטן די אויגן, זאל ער זאגן דעם פסוק הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן, און אזוי וועט ער זיך קענען היטן די אויגן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז ווען א מענטש גייט ארויס פון שטוב, זאל ער לייגן די הענט אויף די מזוזה און בעטן א קורצע תפילה: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל צוריק קומען בשלום, איך זאל קענען היטן מיינע אויגן וכו'", און אזוי וועט ער מצליח זיין; וויסן זאלסטו אז עס איז נישט דא קיין שום אנדערע וועג צו זיין אפגעהיטן, נאר אז מען בעט אסאך דעם אייבערשטן.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן, דער רבי ברענגט אריין אין אונז אז דער אייבערשטער איז דא אויף דער וועלט, און אז מיר קענען זיין ערליכע אידן אפילו מיר זענען פשוט'ע מענטשן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה א, כא) בית שמאי און בית הלל קריגן זיך וואס איז קודם באשאפן געווארן, דער הימל צי דער ערד, בית שמאי האלטן אז קודם האט דער אייבערשטער באשאפן דער הימל און נאכדעם דער ערד, און בית הלל זאגן אז קודם האט דער אייבערשטער באשאפען דער ערד און נאכדעם דעם הימל, קומט רבי שמעון בן יוחאי און זאגט: "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵי נֶחְלְקוּ אָבוֹת הָעוֹלָם עַל בְּרִיאַת שָׁמַיִם וָאָרֶץ, שֶׁאֲנִי אוֹמֵר שָׁמַיִם וָאָרֶץ לֹא נִבְרְאוּ אֶלָא כְּאִלְפָס וְכִיסּוּי, איך וואונדער זיך אויף די גרויסע צדיקים - די בית שמאי און בית הלל וואס קריגן זיי זיך וואס איז קודם באשאפן געווארן, איך האלט אז דער אייבערשטער האט באשאפן די ערד מיט די הימל ביידע צוזאמען, אזוי ווי א טאפ מיט איר דעקל". מוהרא"ש איז דאס זייער שיין מסביר, אז די בית שמאי האלטן, קודם האט דער אייבערשטער באשאפן די הימלען, ווייל שמים ווייזט אויף רוחניות, צו ווייזן פארן מענטש אז דער עיקר איז נאר 'שמים', זיין א 'הימל מענטש' - אויסגעטון פון דער וועלט, און בית די בית הלל זאגן: ניין, קודם האט דער אייבערשטער באשאפן די ערד, צו ווייזן אז מען דארף זיין דא אויף דער ערד, און נאכדעם גייט מען צום הימל, קומט רבי שמעון בן יוחאי און זאגט: "איך פארשטיי נישט וואס איז די גאנצע מחלוקה, מען קען זיין דא אויף דער וועלט און זיין אויבן - טראכטן פונעם אייבערשטן און דאווענען און לערנען. און מען קען זיין אויבן - זיין דבוק צום אייבישטער, דאווענען און לערנען און זיין אויף דער ערד - חתונה האבן און האבן קינדער און זיי מפרנס זיין וכו' וכו'; דאס האט מוהרא"ש אריינגעברענגט אין אונז, אז מען קען זיין אן ערליכער איד אפילו מען ארבעט, און אפילו מען איז א גאנצן טאג פארנומען צו ברענגען פרנסה - דאך קען מען זיין דבוק צום אייבערשטן, דארט ביי די ארבעט.


דערפאר בעט איך דיר זייער, נעם מיט צו דיין ארבעט א זעקל ספרים, פאק דיר איין א חומש, מיט א קליינע משניות'ל, א תהילים וכו', און ווען דו האסט א איבעריגע מינוט זאלסטו אריין כאפן א פרק משניות, א דף גמרא וכו'. געווענליך האבן נישט די בעלי בתים ליב צו זען ווי זייער ארבעטער לערנט וכו', אבער אנשטאט צו שטיין ווי א גולם און נאכקוקן יעדע פרוי וכו', אנשטאט צו שטיין און קוקן וכו', זאלסטו אריין כאפן א קאפיטל תהילים, א פסוק חומש.


מיר האבן די וואך אין די תוכחה, וואס דער תורה זאגט (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה, אז דאס גייט ארויף אויף שמירת עינים; מען זעט אינגעלייט ווערן פשוט משוגע פון קוקן שמוץ, עד כדי כך אז ער שטייט און קוקט נאך פרויען און מיידלעך אן קיין בושה, עס איז דא וואס פארלירן נעבעך זייער שכל אינגאנצן, זיי קענען שטיין שעות און פרובירן אריין קוקן אין א פענסטער אפשר וועט ער זען וכו', וואס באמת איז עס איין גרויסע דמיון, ווייל מען האט פון דעם גארנישט נאר בזיונות.


דער רבי זאגט (ספר המדות, אות ראיה, סימן ח): "מִי שֶׁעוֹצֵם עֵינָיו מֵרְאוֹת בְּרָע, עַל יְדֵי זֶה נִצּוֹל מִבִּזְיוֹנוֹת" ווער עס היט זיך זיינע אויגן, ער קוקט נישט אויף קיין שלעכטס, ווערט ניצל פון בזיונות; דאס אליין דארף דיר העלפן ביישטיין דיינע נסיונות, אז דו וועסט טראכטן אז עס איז בעסער זיך צו היטן די אויגן ווי צו האבן נאך א בזיון.


שטארק דיך און ווער נישט צופאלן ווען דו זעסט אז דו פאלסט אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, דו זאלסט נאכאמאל און נאכמאל צוריק גיין צום אייבערשטן, בעט אים: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן ריינע אויגן, וואס זאל איך טון - דער יצר הרע ברענט אין מיר, העלף מיר איך זאל זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, רבונו של עולם איך שטיי דא אין געשעפט ווייל איך דארף אהיים ברענגען פרנסה, איך דארף אויסהאלטן מיין ווייב און קינדער, מיר וואלט בעסער געווען צו זיצן אין בית המדרש, עס איז מיר אזוי שווער דא, איך דארף מיר פשט רייסן צו זיין אן ערליכער איד...." אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, ווייל ווען מען בעט דעם אייבערשטן מיט אייגענע תפילות איז דאס זייער חשוב אויבן אין הימל ווייל עס קומט ארויס גלייך פון הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#28 - פארן צו קברי צדיקים, אויב מ'קען נכשל ווערן אין שמירת עינים?
אומאן, ראש השנה, קברי צדיקים, נסיונות, שמירת עינים, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זאל איך פארן צו קברי צדיקים אפילו אויב איך ווייס אז אויפ'ן וועג קען איך נכשל ווערן חס ושלום מיט שמירת עינים? אדער זאל איך ענדערש בלייבן אינדערהיים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די פראבלעם פון זיך היטן די אויגן - האט נישט מיט פארן צו א ציון פון א צדיק, דאס איז א פראבלעם וואס מען האט א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט; וואו מען גייט און וואו מען שטייט - דארף מען רחמי שמים זוכה זיין צו האבן שמירת עיניים, און אז מען קען גיין צו קברי צדיקים מתפלל זיין אויף ישועות ורפואות - איז זיכער מען זאל גיין און פועל'ן ישועות.


ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו פארן קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, וואס דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויסציען פון שאול תחתית".


ומכל שכן ווער רעדט נאך פון פארן קיין אומאן, זיין אין אומאן ראש השנה, וואס אפילו די נשמות וואס דער רבי קען נישט מתקן זיין א גאנץ יאר, אבער "ראש השנה" - האט דער רבי געזאגט – "קען איך יעדן איינעם מתקן זיין, אלע דארפן קומען צו מיר ראש השנה"; איז דאך זיכער, אז מען וויל זוכה זיין צו פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען, מען וויל זוכה זיין צו שמירת עיניים, טהרת המחשבה - דארף מען זיכער פארן קיין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#27 - פארוואס ווארפט מען נישט ארויס דעם קאמפיוטער פון אונזער הויז?
אומאן, קדושה, תפילות אויף אידיש, קאמפיוטער, מאוויס, תשובה, שמירת עינים, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קען נישט מער. איך ווער משוגע. איך האב נישט קיין טעם אין מיין לעבן. וואס בין איך שולדיג אז מיר האבן אינדערהיים א קאמפיוטער אן קיין פילדער בכלל? מיר האבן אינדערהיים נאך א קאמפיוטער וואס איך האב געבעטן מיין טאטע אז ער זאל עס פילטערן, און ער האט טאקע ארויפגעלייגט דערויף א גוטע פילטער, אבער איך האלט אין איין אראפפאלן און נוצן דעם אומגעפילטערטן קאמפיוטער, איך קוק דארף שמוץ, און איך פאל אראפ אין עבירות, ביז דאס לעבן ווערט מיר נמאס.


איך האלט אין איין בעטן דעם אייבערשטן אז מיין טאטע זאל ארויסווארפן דעם קאמפיוטער פון הויז, אבער גארנישט רוקט זיך, און איך קען זיך נישט איינהאלטן פון קוקן שלעכטע זאכן.


איך בעט זייער דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס שרייבסטו נישט די זעלבע בריוו צו דיינע עלטערן?! זיי אפן מיט זיי, זאג זיי וואס דו גייסט אריבער, בעט דיינע עלטערן זיי זאלן רחמנות האבן אויף דיר; איך בין זיכער, אז דו וועסט רעדן צו זיי אפענע דיבורים - וועלן זיי אלעס טון דיך צו ראטעווען.


קוק נישט קיין ניאוף, עס פארברענט די לעבן; דער וואס קוקט ניאוף - ווערט אים אזוי שלעכט, אז מען הויבט אן טראכטן מחשבות פון זיך חס ושלום הרג'ענען. ווייל ניאוף רייסט אויס דעם מח, נישטא נאך א זאך וואס זאל אזוי שאטן פארן מענטש - ווי קוקן מאוויס און ווידיאוס פון ניאוף, מען ווערט גייסטיש נישט געזונט, מען פארלירט אלעס.


טו די עצה פון הייליגן רבי'ן, גיי התבודדות יעדן טאג, וויין זיך אויס צום אייבערשטן אין דיין שפראך, זאג אים: "הייליגער באשעפער איך קוק עבירות, איך קוק ניאוף און איך בין פוגם בברית. עס איז מיר אזוי ביטער און אזוי שווער, איך האלט אין איין פוגם זיין, איך פאל און פאל, איך האב אזוי חרטה, איך זאג דיר צו איך גיי עס מער נישט טון.


אבער רבונו של עולם איך ווייס נישט וואס וועט זיין מיט מיר, שוין אזויפיל מאל האב איך געזאגט איך גיי זיך היטן די אויגן און מער נישט טון קיין עבירות, און נאכדעם פאל איך נאכאמאל אראפ, איך בין פוגם בברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך ווייס נישט וואס וועט זיין מיט מיר, איך ווייס נישט ווי אזוי זיך ארויסצוזען פון דעם.


רבונו של עולם איך בעט דיר זייער, נעם אן מיין תשובה און העלף מיך איך זאל מער נישט זינדיגן, איך זאל מער נישט קוקן קיין עבירות, איך זאל מער נישט פוגם זיין בברית, איך זאל שוין זוכה זיין צו תשובה שלימה".


זע צו קומען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון און זאגן די תיקון הכללי, דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וֶועל אִיךְ זִיךְ לֵייגְן אוֹיף דִי לֶענְג אוּן אוֹיף דִי בְּרֵייט אִים אַ טוֹבָה צוּ טוּן; בַּיי דִי פֵּיאוֹת וֶועל אִיךְ אִים אַרוֹיסְנֶעמֶען פוּן שְׁאוֹל תַּחְתִּית".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - זאל איך לייגן סטאטוס, צו ציען מער קונדן?
פרנסה, טעלעפאן, שמירת עינים, השתדלות, סטאטוס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, ובפרט פאר'ן מיר געבן די שיינע וועג פונעם הייליגן רבי'ן, צו האבן א וועג צו לערנען, און צו שמועסן מיט'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אויף מיר אריבער.


געלויבט דער אייבערשטער אז איך האב געהאט שכל און געפאלגט דעם ראש ישיבה שליט"א פאר כמעט צוויי יאר צוריק און איך האב אראפ גענומען סטאטוס פון מיין טעלעפאן. איך מוז זאגן אז איך האב נאר פארדינט מער מח און צייט פון דעם.


מיין פראבלעם איז אבער, אזוי ווי איך בין אין א ביזנעס פון קאנסטראקשן, און מענטשן פרעגן מיר כסדר פארוואס איך לייג נישט קיין סטעטוס, די קאנקורענטן האלטן אין איין לייגן סטעטוס, מאכן אסאך גערודער, און מיינע חברים טענה'ען אז מען הערט נישט גענוג פון מיר; איך שפיר אבער אז דאס גייט מיר אוועקנעמען מיין קאפ פון טראכטן פונעם אייבערשטן.


אויך איז מיר זייער שווער ווען איך דארף טוען סעילס, איך דארף צורעדן מענטשן צו קומען צו מיר, און איך פיל שלעכט ביי מיר פארוואס לויף איך אזוי נאך א מענטש? איך ווייס אליין נישט וואס די ריכטיגע וועג איז, ווייל פון די אנדערע זייט זאגט אלץ דער ראש ישיבה שליט"א מען זאל נישט זיין קיין בטלנים, מען דארף מאכן פרנסה.


וואס איז די ריכטיגע וועג? דארף מען טון ממש אלעס וואס מען קען? זיכער מאכן אז יעדער זאל רעדן פון מיר? אויב דאס איז די זאך וואס מענטשן טוען אין מיין ליין, כדי צו שלעפן קונדן? אדער זאל איך זיך נישט לאזן פארדרייען דעם קאפ מיט שטותים, און גלייבן אז פרנסה און דזשאבס קומען נאר פונעם אייבערשטן?


יישר כח פון פאראויס פאר'ן מיר ווייזן די ריכטיגע וועג, אפילו אין זאכן וואס קוקן אויס אזוי פשוט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ח' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס פעלט נישט אויס די אלע זאכן וכו'; דו זאגסט דאך אליין אז זייט דו האסט אפגעלאזט די סאשעל מידיע - האסטו באקומען א נייעם מח, דו האסט אנגעהויבן טראכטן פונעם אייבערשטן, לעבן מיט תכלית; איז וואס זאלסטו טראכטן פון צוריק גיין צו די סאשעל מידיע.


אז מען איז פארנומען מיט די כלים רחמנא לצלן איז לא ימלט מען זאל נישט נכשל ווערן מיט ראיות אסורות, און דאס שלעפט און שלעפט ביז מען פאלט אין ניאוף רחמנא לצלן, און אזוי האט מען זיכער נישט קיין פרנסה, מען פארלירט די פרנסה. אזוי ווי עס שטייט אין הייליגן זוהר (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט - וועט זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז פוגם בברית, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן.


הער אויס וואס צדיקים זאגן, הער נישט אויס די וואס רעדן אנדערש פון צדיקים; צדיקים זאגן, אז מען קוקט עבירות, מען קוקט ניאוף רחמנא לצלן - פארלירט מען די מזל, מען פארלירט די פרנסה; וויפיל מען וועט נאכלויפן די געלט - וועט מען נישט האבן קיין שפע, און אז מען פאררעכט די אויגן, מען היט די אויגן, מען צעברעכט די אויגן - קומט שפע אין צייט. מוהרא"ש זאגט אויפן פסוק (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שׁין 'יְשַׁבֵּרוּ', א לשון פון צעברעכן, אז מען צעברעכט די אויגן, מען קוקט נישט קיין עבירות - דעמאלט "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ" – געבט דער אייבערשטער עסן און שפע אין צייט.


פון עבירות קומט נישט קיין שפע, עבירות ברענגט צרות, עבירות מאכט מען זאל זיך דארפן נעבעך מוטשען; עס איז דא א דיבור פון רבי'ן: "פרנסה געבט דער אייבערשטער אומזיסט, און ארבעטן - ארבעט מען פאר די עבירות".


בלייב שטארק מיט דיינע גוטע גדרים, בזכות דעם וועסטו האבן גרויס שפע.

#25 - קען איך בעטן דעם אייבערשטן, ווען איך בין נישט ערליך?
קדושה, תפילה והתבודדות, ספיקות, שמירת עינים, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק און איך לויב דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען הנאה צו האבן צו שעפן אזויפיל עצות און חיזוק פון די שיעורים און בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, און אויך מיין ווייב איז זיך זייער מחי' מיט אלעס.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך האב נאך ליידער א סמארטפאון, דער אייבערשטער זאל אריינגעבן אין מיר א רוח טהרה אז איך זאל תשובה טון, אבער פאקטיש קען איך זיך דערווייל נישט אפרייסן דערפון, דאס איז א באזונדערע מעשה. ווען עס קומט אבער צום בעטן דעם אייבערשטן אויף עפעס, צום ביישפיל אויף פרנסה אדער גוטע קינדער, שפיר איך אז איך קען נישט בעטן דעם אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער איז זיכער ברוגז אויף מיר, און דעריבער האלט איך זיך צוריק פון צו רעדן און צו בעטן דעם אייבערשטן.


איך שפיר אז עס איז אזוי ווי א סתירה, פון איין זייט דערצערן איך דעם אייבערשטן, און פון די אנדערע זייט בעט איך אים זאכן. איז דאס ריכטיג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די סארט מחשבות וואס דו טראכסט, אז דער אייבערשטער הערט דיך נישט אויס - די מחשבות איז פונעם יצר הרע; עס איז נישט אמת, דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעמ'ס געבעט, זאלסטו זיך נישט צוריקהאלטן פון דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן אלעס וואס דו דארפסט.


בעט אויף דעם אליינס, בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן ריינע אויגן און ריינע מחשבות, נישט קוקן קיין עבירות; ווייל אז מען היט נישט די אויגן, מען קוקט עבירות - פארלירט מען אלעס, מען פארלירט סיי די וועלט און סיי יענע וועלט, און אז מען היט די אויגן - איז אזוי גוט און אזוי זיס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - איז טאקע געשמאק צו האבן אן איידעלע שטוב?
שלום בית, צניעות, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, אידישע שטוב, שמירת עינים, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


יישר כח פאר די הערליכע וועכנטליכע קונטרס "עצתו אמונה", איך ליין עס דורך פון אנפאנג ביז'ן סוף יעדע וואך באזונדער, איינמאל מ'הייבט אן קען מען עס נישט אראפלייגן, די בריוון זענען אזוי שיין.


איין בריוו האט מיך זייער איבערגענומען די וואך, די בריוו מיט'ן קעפל "די פייער בארואיגט זיך, מען הויבט אן זען די שיינקייט פון אן איידעלע שטוב", ווייל איך האב אויך זייער אסאך מאל וואס איין מינוט טראכט איך אז מיין ווייב זאל זיך טוישן איר איידעלע לבוש, און איין מינוט טראכט איך 'וואס פעלט עס אויס?' די בריוו האט ממש אריינגעשניטן אין מיר, ס'איז אזוי שיין געשריבן, אזוי הארציג, איך האב עכט געפילט ווי די בריוו איז געשריבן צו מיר פערזענליך.


נאכדעם די תפלה איז אזוי שיין, איך האב עס איבערגעזאגט מן הסתם צען מאל. און ביים סוף, די לעצטע שורה פון דעם בריוו: "העלף מיר איך זאל פלאקערן פאר דיר אייבערשטער, איך זאל אויסגיין פאר דיר", די בריוו האט מיך צושניטן, איך האב עס איבערגעליינט אפאר מאל. יישר כח נאכאמאל פאר אלע בריוון.


שכח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה טוט פאר אונז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט אן איידעלע ווייב, אן אשה כשרה; נישטא אין די וועלט עפעס בעסערס פארן מענטש, פאר זיינע דורות - ווי אן איידעלע ווייב און אן איידעלע מאמע פאר די קינדער. איידלקייט איז די שענסטע מתנה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר אידישע טעכטער.


זיי נישט מקנא די אלע וואס זייערע שטיבער זענען נישט איידל אוועק געשטעלט, עס איז דארט גארנישט דא; נישטא קיין שמחה, נישטא קיין ווייב, נישטא קיין מאמע, נישטא גארנישט. דו ווייסט נישט אלעס וואס טוט זיך אין די וועלט, צו מיר קומען צענדליגער און הונדערטער אינגעלייט וויינען אז זיי האבן גארנישט, זיי זאגן: "אלע זענען אונז מקנא, די בילד זעט אויס גוט, אבער מיר האבן נישט גארנישט", און דיקא די איידעלע שטיבער, די וואס לעבן באשיידן און פשוט, די ווייבער זענען געטריי פארן מאן און פאר די קינדער, די לעבן אינאיינעם; ווי פשוט'ער - אלץ איז מען מער געטריי, מען טוט רצון בעלה.


היט דיינע אויגן - וועט דיר גוט זיין; נאר אז מען היט די אויגן - האט מען שלום בית, נאר אז מען היט די אויגן, מען קוקט נישט אויף קיינעם - שפירט מען די גליק אין שטוב, און אויב חס ושלום מען איז מפקיר די אויגן - ווערט אויס שלום אין שטוב, די ליבשאפט גייט אוועק, מען הויבט אן מיט דמיונות, מען פארלירט די שמחה, די גליקליכקייט פון לעבן.


מאך זיך שיעורים אין גמרא, אין משניות און אין כל חלקי התורה, דאס וועט דיך גליקליך מאכן. תורה מאכט רואיג און צופרידן, נאר דער וואס לערנט - איז גליקליך און צופרידן. דער הייליגער רבי נתן זאגט: "די וועלט איז נישט און מען קען עס נישט קריגן, תורה ותפילה איז יא און מען קען עס קריגן"; די וועלט נארט, און ווען מען מיינט מען האט דאס שוין - זעט מען אז מען האט גארנישט, מען לויפט נאך די וועלט אבער נישטא וואס צו דערגרייכן. אז מען לערנט און מען דאווענט - ווערט מען זאט, מען ווערט פרייליך, מען איז גליקליך און צופרידן.


אויך זאלסטו גיין יעדן טאג אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפינט זיך נישט און זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, גיס אויס דיין הארץ, דערצייל אים אלע דיינע מעשים, דיבורים און מחשבות, דערצייל אים ווי עס קאכט אין דיר און עס פלאקערט אין דיר א פייער פון דמיונות, און בעט אים: "רבונו של עולם איך וויל זיין פארקאכט פאר דיר, איך וויל פלאקערן פאר דיר, איך וויל נאר טראכטן פון דיר, לעבן מיט דיר און ברענען צו דיר".


דורך אסאך תורה און תפילה והתבודדות - וועט זיך אויסלעשן די נישט גוטע פייער און עס וועט זיך אנצינדן א פייער פון קדושה וטהרה.


נאכאמאל, דאנק דעם אייבערשטן פאר דיין איידעלע ערליכע שטוב און געב דיין ווייב גוטע ווערטער, שעץ איר איידלקייט, ווייל אן איידעלע באשיידענע פרוי איז די שענסטע זאך וואס איז דא אויף די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#23 - ווי אזוי רייניגט מען אויס א שמוציגע מח?
תהלים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, שמירת עינים, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האלט זיך פאר א תלמידה בית פיגא, יישר כח פאר אלע שיעורים אויפ'ן טעלעפאן ליין, איך בין זיך מחי' מיט יעדעס ווארט וואס איך הער.


וואס זאל איך טון אז איך האב שוין צוזאמגעקוקט אזויפיל שמוץ און איך קען דאס נישט פארגעסן? איך טראכט פון שמוץ א גאנצן טאג, מיין גאנצע מח איז אנגעפילט מיט שמוץ. איז דא א וועג ארויס, ווי אזוי איך קען האבן א ריינע מח? א ריינע הארץ? איך בעט אן עצה פון דער ראש ישיבה וואס איך זאל טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זוכה זיין צו א ריינע מח קען מען נאר דורך שמחה, איר זאלט זיך פרייען אז איר זענט א איד, איר האט אין זיך א חלק אלוקי, א הייליגע נשמה, און ווי מער איר וועט זיין פרייליך אז איר זענט אויסדערוועלט פון די גאנצע וועלט - וועט איר באקומען א ריינעם מח.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", פארוואס זענען מענטשן אזוי ווייט פונעם אייבערשטן און זיי ווערן נישט נאנט צו אים? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח, צו וויסן וואס מען האט צוטון אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען מען איז נישט פרייליך קען מען נישט טראכטן גוטע זאכן, מען קען נישט טראכטן גוט, מען טראכט א גאנצן צייט נאר שלעכטע מחשבות. "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", אבער אז מען איז פרייליך - דעמאלט קען מען בייגן די מחשבות צו טראכטן גוט; "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס, "שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", ווייל א פרייליכער מענטש ווערט פריי.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין פרייליך, דערציילט דעם אייבערשטן אז איר האט נעבעך נישט געהיטן אייערע אויגן, איר האט געקוקט מאוויס, איר האט מטמא געמאכט אייער מח און הארץ; בעטס אים ער זאל רחמנות האבן אויף אייך, ער זאל אייך געבן א ריינעם מח, א ריינעם הארץ.


זאג אביסל תהילים יעדן טאג און בעטס די ווערטער: "הייליגער באשעפער, לב טהור ברא לי אלוקים, געב מיר א נייעם הארץ, איך האב אזוי פארשמירט מיין הארץ, איך טראכט פון שמוץ; איך וויל זיין ריין, איך וויל זיין הייליג".


בחורים און אינגעלייט רייניגן זיך מיט משניות און גמרא, מיידלעך און ווייבלעך רייניגן זיך מיט תהילים און מיט התבודדות. זאגט יעדן טאג תהילים; אז איר קענט זאגן דעם יום תהילים און ענדיגן יעדע וואך - איז זייער גוט, און אז איר קומט נישט אן צו זאגן דעם יום - זאלט איר זאגן אפאר קאפיטלעך און פלעכטס אריין אין די ווערטער פון תהילים - אייערע אייגענע תפילות אויף אייער אייגענע שפראך, ביז דער מח וועט אייך ווערן לויטער און ריין.


די דריי זאכן: שמחה, תהילים און התבודדות - מאכט ריין דעם מח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#22 - מיינע עלטערן קריגן זיך און איך לויף צו מאוויס, וואס טוט מען?
שלום בית, קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מאוויס, שמחה, ניגונים, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות ווי אזוי צו פירן אן ערליכע שיינע איידעלע שטוב.


איך קען שוין נישט, איך האלט עס נישט אויס; מיין טאטע מאמע קריגן זיך ארום פאר יעדע קלייניקייט, מיין מאמע זאגט שוין אפאר מאל אז זי וויל זיך גט'ן, איך ווייס נישט וואס צו טון; לויף איך צו מיין איי-פאד און איך קוק מאוויס, וואס זאל איך טון אז מיין מאמע האט מיר געוויזן מאוויס ווען איך בין געווען קליין און איך בין געווארן צוגעבינדען דערצו, איך ווייס נישט וואס צו טון.


איך בעט דער ראש ישיבה זאל מיר געבן אן עצה ווייל איך קען שוין נישט, עס איז ממש א גיהנום; מיין טאטע שרייט א גאנצן טאג אז מיין מאמע דארף הילף און אז זי איז קראנק. מיין מאמע האט אנגעהויבן זיך נישט צו שערן איר האר, און זי גייט מיט הויזן; וואס זאל איך טון? זי איז א גאנצן טאג אויף איר טעלעפאן און טוט גארנישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קוקט נישט קיין מאוויס, קוקן מאוויס ברענט אויס די מח, עס מאכט שאדן אויף שפעטער, מאוויס איז מטמא דעם מח און הארץ. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין במדבר רבה י, ב; תנחומא שלח, טו): "עֵינָא וְלִבָּא תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַעֲבֵירָה", די אויגן און די הארץ זענען די מעקלער (סעילסלייט) פאר עבירות, "עַיִן רוֹאֶה", עס הויבט זיך אן אז מען קוקט עבירות, "וְהַלֵּב חוֹמֵד", נאכדעם גליסט מען צו טון עבירות, "וּכְלֵי הַמַּעֲשֶׂה גּוֹמְרִים", ביז מען פאלט אראפ, מען זינדיגט רחמנא לצלן.


קוקט נישט קיין מאוויס, ענדערש שפילט געימס ווי קוקן מאוויס; קוקן מאוויס איז סם המוות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז נאך ערגער פון טון עבירות; קוקן מאוויס ברענגט צו טומאה און זוהמה. חכמינו הקדושים זאגן (סוטה ח.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע כאפט א מענטש און הרג'עט אים - דורך נישט היטן די אויגן.


אז עס איז אייך גאר ביטער, אייערע עלטערן קריגן זיך; אייער מאמע וכו' וכו', און איר זוכט וואו צו אנטלויפן - אנטלויפט צום אייבערשטן. נעמט די עצה פון הייליגן רבי'ן, התבודדות ותפילה; גייט אין א ווינקל און שמועסט מיטן אייבערשטן אויף אייער שפראך, דערציילט אים ווי שווער עס איז אייך אין שטוב, וויינט צום אייבערשטן; זאגט אים: "הייליגער באשעפער איך האב ביטערע שווערע נסיונות, העלף מיר איך זאל זיך קענען דערהאלטן, איך זאל זיין פרייליך, איך זאל קענען ביישטיין די שווערע נסיונות".


הערט פרייליכע ניגונים, טאנצט און זינגט; ווייל שמחה איז אן עצה ווי אזוי צו בלייבן שטארק און קענען ארויסגיין א זיגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - איז דא אן היתר פאר מיר צו מעגן קוקן מאוויס?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, מאוויס, שמחה, תשובה, נסיונות, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ס'האט זיך מיר אלעס געלוינט פאר די ווארעמע שיינע בריוו וואס איך האב באקומען, די ווערטער האבן מיר געגעבן אסאך חיזוק און אסאך התרגשות. טרערן האבן געגאסן פון מיינע אויגן ווען איך האב געליינט וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן. אמן אויף אלע גוטע ברכות, און א גרויסער יישר כח, דער גרעסטער טעראפיסט קען נישט אויפטון וואס דער דער ראש ישיבה קען.


אויך האב איך געוואלט מזכיר זיין אז איך בין זייער צעבראכן און דעפרעסט, איך בין נישט פרייליך, עכט דארף איך זיין אזוי פרייליך א גאנצן טאג. נאך א זאך וואס איך האב געוואלט איבערגעבן פאר'ן ראש ישיבה, אז איך הער נישט אויף צו זוכן פון אונטער דער ערד וואו איך קען טרעפן עפעס א שטיקל מאווי, עפעס א ברעקל עבירות, רחמנא ליצלן. איך זיץ שעות אויף שעות און איך פרוביר צו העקן די פילטער; איך ווייס נישט וואס גייט פאר מיט מיר, פארוואס ציעט מיך אזוי שטארק צו שלעכטס און צו עבירות?! איך שעם זיך פון מיר אליין, פארוואס קען איך זיך נישט איינהאלטן פון זוכן שמוץ? פון צוריק אריינקריכן אין בלאטע?! איך ווייס אז ס'איז נישט גוט פאר מיר, איך ווייס ווי שעדליך און עקלדיג עס איז פאר מיין לעבן, פאר מיין נשמה, אבער איך האב עס נאכאלץ אזוי ליב, איך האב אזוי ליב צו וואטשן און קוקן פאלשע זאכן.


אפשר מעג איך צוריק אנהויבן קוקן מאוויס? ווייל ס'העלפט מיר סיי ווי נישט, נישט קיין חילוק אז ס'איז דא א פילטער, און איך האב שוין אוועקגעווארפן מיין סמארטפאון און מיין די.ווי.די. פלעיער און אלע מאוויס וואס איך האב צוזאמגעקויפט. אבער יעדעס מאל וואס איך ווארף אוועק א שלעכטע זאך, בענק איך זיך נאכדעם צוריק צו מאוויס, נאך מער פון פריער, און איך זוך א נייע וועג צוריק צו מיין מאוויס.


וואס איז די עצה? איז דען דא א וועג ארויס פאר מיר פון מיין עדיקשן? איך וויל זיין אמת'דיג, איך מיין הארץ האף איך אז דער ראש ישיבה זאל מיר ענטפערן אז איך מעג קוקן מאוויס. איך חלום פון מאוויס, איך חלש פאר מאוויס! גארנישט אינטערעסירט מיך מער ווי מאוויס, מיין גאנצע מח און מחשבה איז נאכאלץ מאוויס. וואס טוט מען?


אפשר בין איך שולדיג, ווייל איך זאג נישט יעדן טאג די תפילה וואס דער ראש ישיבה האט מיר געשריבן שוין פיר יאר צוריק? איך הויב אן פון יעצט עס צוריק צו זאגן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר ווילט איך זאל אייך געבן אן היתר צו קוקן מאוויס? ווי קען איך דאס טון? איך וויל עס זאל אייך גוט זיין, איך וויל איר זאלט זיין פרייליך און האבן א פארגעניגן פונעם לעבן, וואס דאס קען נישט גיין אינאיינעם מיט קוקן מאוויס; ווייל יעדע קליפ און יעדע מאווי פון עבירות, פון קוקן די געמאכטע פאלשע ליבשאפט פון פרעמדע וכו' - שטערט דאס לעבן, און מאכט בעצבות און מרה שחורה; איך וויל אייך ענדערש געבן חיזוק אויף נישט קוקן און וועלן וועלן נישט קוקן קיין עבירות.


דער אייבערשטער זאגט אונז (במדבר טו, לט): "וְלֹא תָתוּרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם", מיר זאלן נישט קוקן קיין עבירות; ווייל דער אייבערשטער וויל אז מיר - אידישע קינדער - זאלן זיין פרייליך און האבן א פארגעניגן פונעם לעבן, און נאר אז מען היט די אויגן און מחשבה - קען מען זיין פרייליך, האבן א פארגעניגן פונעם לעבן.


די תפילה וואס איך האב אייך געשיקט שוין פיר יאר צוריק, וואלט איר דאס געזאגט יעדן טאג - וואלט איר שוין לאנג געווען באפרייט, איר וואלט שוין לאנג געווען פרייליך און געלעבט מיט אייער טייערער מאן; נאר וואס דען? אז מען קוקט עבירות - ווערט מען אזוי צעבראכן און צעקלאפט, מען גלייבט מער נישט אין זיך אליין, מען גלייבט מער נישט אז מען האט א כח צו צעברעכן די שווערסטע עדיקשנס.


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך אין תפילה; בעטס דעם אייבערשטן טאג נאך טאג ער זאל אייך העלפן קענען היטן די אויגן און אייך פרייליך מאכן.


דא האט איר א פרישע תפילה און אז איר וועט דאס זאגן וועט איר זוכה זיין צו ווערן א גרויסע צדיקת:


אנא השם, העלף מיר איך זאל קענען היטן מיינע אויגן; איך בין אזוי איינגעזינקען אין די עבירה פון קוקן מאוויס, איך קען נישט אויפהערן קוקן די עקלדיגע זאכן, איך בין אזוי צוגעקלעבט צו דעם אז איך וויל אפילו נישט טראכטן אז איך גיי איין טאג אויפהערן דאס קוקן, איך מיין אז דאס וויל איך.


הייליגער באשעפער, איך בין אזא רחמנות, נישטא נאך אזא רחמנות ווי מיר; איך בין א אידישע מאמע, איך האב טייערע ליכטיגע קינדערלעך מיט א טייערער מאן, און איך מיט מיין מח, מיין הארץ, אלעס פון מיר - איז נאר אין איין זאך, אין מאוויס; איך בין ממש קראנק צו קוקן עקלדיגע זאכן, אנשטאט איך זאל לעבן מיט מיין משפחה, מיט מיין מאן - מיט ליבשאפט - לויף איך צום טעלעפאן, צום קאמפיוטער און איך פארשמיר מיין נשמה.


אנא השם, העלף מיר, ראטעווע מיר פון די קליפות און פון די נישט גוטע; איך בין דאך א איד און איך וויל זיין גוט, איך האב א נשמה, איך שפיר ווי עס ציט מיר א גאנצע צייט צוריק צו די מאוויס, אבער עכט עכט, טיף טיף - בענקט מיין הארץ צו דיר, מיין נשמה וויל זיין א ריינע, א לויטערע; אנא השם, מאך מיר א נס איך זאל שוין זיין ערליך און הייליג.


אנא השם, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל דיך שפירן, איך וויל זיין פרייליך, איך וויל לעבן מיט מיין מאן. הייליגער באשעפער, העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בזכות רבינו נחמן בן פיגא ורבי נתן תלמידו ורבינו אליעזר שלמה ברסלבער - זכותם יגן עלינו - זאל איך זוכה זיין צו תשובה טון און זיין הייליג און ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - ווי אזוי שטארקט מען זיך צו היטן די אויגן?
קדושה, תפילות אויף אידיש, שמחה, עצבות, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין שטעטל, אין קרית ברסלב ליבערטי, און איך דארף חיזוק אויף שמירת עינים, איך קען זיך ממש נישט היטן די אויגן.


ברוך ה' אז איך האב נישט קיין סמארפאון, און אויף מיין קאמפיוטער קען מען אויך גארנישט זען קיין שלעכטס, אלעס איז פארמאכט, אבער סתם ווען איך פאר אריין מער אין די גוי'אישע געגנט צו געשעפטן, און ווען איך גיי אנפילן געז, קען איך נישט אראפלייגן די אויגן, אביסל ארויסציר דא איז כמעט אזוי ווי אין שטאט, אויסגעלאסן און שמוציג, איך ווער פארברענט, וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, האב רחמנות אויף דיר, היט דיינע אויגן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה ב, י): "עֵינָא וְלִבָּא, תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַּחֲטָאָה אִינוּן", די אויגן און הארץ זענען די מעקלערס פאר'ן יצר הרע; דאס מאכט מען זאל אראפפאלן אין עבירות רחמנא לצלן, און אז מען איז מפקיר די אויגן, מען קוקט אויף אויסגעלאסענע נאקעטע עבירות - איז מען פוגם באות ברית קודש און מען פארלירט אלעס.


טייערער ברודער גיי יעדן טאג התבודדות, בעט דעם אייבערשטן פאר שמירת עיניים. בעט אים: "הייליגער באשעפער איך ווער פארברענט אין ניאוף, איך קען זיך נישט היטן מיינע אויגן, איך קוק אויף יעדע קליפה, איך קען נישט אוועק קוקן. הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, קוק מיין הארץ, איך וויל זיין א איד, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג און ריין; יעדע מאל איך מאך אפ איך גיי זיין גוט - פאל איך נאכאמאל אריין, איך ווער פארברענט פון דעם יצר הרע וואס פלאקערט אין מיר.


אנא השם רחם עלי, האב רחמנות אויף מיר, איך זאל נישט פארפאלן גיין, איך זאל נישט פארשווארצט ווערן בזה ובבא, געב מיר כח זיך צו קענען מתגבר זיין אויף מיין יצר הרע און צו היטן מיינע אויגן".


לייג צו דיינע אייגענע תפילות, דערצייל דעם אייבערשטן דיין מצב פינקטליך ווי ווייט דו ביסט פארפאלן, ווי ווייט דו ביסט פארלוירן, דער רבי נעמט אחריות; דער רבי זאגט צו אז דאס איז די עצה צו ווערן געראטעוועט.


טייערער ברודער, עס איז דא נאך אן עצה צו ווערן געראטעוועט פון דער יצר הרע, דורך שמחה; ווען מען איז פרייליך פאלט אוועק די תאווה פון קוקן און פון פוגם זיין בברית. דער רבי האט אונז מגלה געווען אז דער יצר הרע פון פגם הברית, די קליפה - איר נאמען איז 'לִילִית' א לשון פון 'יללה' - וויינען און קלאגן, דאס איז זייער זאך; עצבות ומרה שחורה, און פארקערט, שמחה - איז די סימן פון קדושה. זאלסט הערן לעבעדיגע ניגונים, פארשטייט זיך פון ערליכע זינגערס, הער מוזיק אין קאר, אין שטוב, גיי א טענצל און בארעכן זיך, מאך זיך א חשבון ווי גוט דער אייבערשטער איז צו דיר, ווי סאך גוטס דו האסט, דאס ובעיקר אז מיר זענען אידן, מיר זענען נישט פון די אומות העולם; דאס אליינס וועט דיר היטן פון פגם הברית (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.