שאלה אין קורצן ענין
#105 - איך בין זייער אויסגעלאשן, ווי אזוי קריך איך ארויס דערפון?
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, שמחה, עצבות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה א פיינער מאן מיט ליכטיגע קליינע קינדערלעך, עס גייט מיר ב"ה זייער גוט אין לעבן, איך שפיר אבער אסאך מאל זייער אויסגעלאשן, איך האב ממש נישט קיין שום טעם אין לעבן, און פארשטייט זיך אז דאן האב איך שוין נישט קיין געדולד זיך אפצוגעבן מיט מיין מאן און קינדער ווי עס דארף צו זיין.


ס'מאכט זיך אסאך מאל אז עס פאלט ארויף אויף מיר אזא עצבות און מרה שחורה, אז איך שעם זיך ממש פון זיך אליין, אפשר קענט איר מיר געבן אן עצה ווי אזוי ארויסצוקריכן דערפון.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט "התבודדות"; דאס הייסט אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען זיך אויסצושמועסן זיין הארץ מיטן אייבערשטן.


דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט אז אנהייב פון זיין התקרבות צום הייליגן רבי'ן איז דער רבי געגאנגען מיט אים איינמאל אויף א שפאציר; דער רבי האט גערעדט מיט אים זיינער שיינע זאכן און אים זייער מחיה געווען און מחזק געווען, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף ר' נתנ'ס אקסל און אים געזאגט בלויז געציילטע ווערטער, וואס די פאר ווערטער האבן אים מחי' געווען זיין גאנצע לעבן; דער הייליגער רבי האט אים געזאגט: "אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד"; דער רבי האט אים דעמאלט אנפלעקט דעם זאך פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, אים אלעס אויסדערציילן און גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


האט רבי נתן זכרונו לברכה שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד', האב איך גלייך געשפירט אז איך האב שוין א וועג צו מצליח צו זיין אין לעבן, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן (פעולת הצדיק, סימן תכג-תכד)".


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א פיינער מאן מיט ערליכע קינדער, איר דארפט נישט ווארטן צו רעדן צום אייבערשטיין ווען איר ווערט שוין מרה שחורה; יעדן צופרי ווען איר שטייט אויף און איר שיקט אייערע קינדער אין חדר און אין שולע זאלט איר זיך מתבודד זיין, איר זאלט אויסשמועסן אייער הארץ צום אייבערשטן; דאנקט אים אויף אייער לעבן, דורכדעם וועט איר זוכה זיין צו ווערן פרייליך.


איך שרייב אייך א תפילה וואס איר זאלט מתפלל זיין יעדן אינדערפרי, דאס וועט אייך ארויס נעמען פון אייער מרה שחורה און עצבות.


"רבונו של עולם איך דאנק דיר און איך לויב דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר; איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין מאן און פאר מיינע ליכטיגע קינדער. איך בין אזוי גליקליך און אזוי רייך אז איך האב א ערליכע מאן און זיסע קינדער.


הייליגער באשעפער זייער אסאך מאל ווער איך אויסגעלאשן, איך שפיר נישט קיין טעם אין לעבן, איך ווייס אבער נישט פארוואס; איך אליינס פרעג זיך די קשיא, נאכדעם וואס איך האב אלעס גוטס פארוואס בין איך נישט פרייליך?! הייליגער באשעפער, איך בעט דיר זייער, נעם מיר ארויס פון מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל שטענדיג זיין פרייליך, איך זאל לעבן מיט אמונה, איך זאל דיר שפירן אז דו ביסט שטענדיג מיט מיר, און איך זאל נישט פארגעסן פון דיר.


רבונו של עולם! איך בעט דיר זייער, העלף ארויס אלע אידן, העלף אז אלע אידן זאלן האבן אזא שיינע לעבן ווי מיר האבן, העלף אז אלע בחורים און מיידלעך זאלן טרעפן זייערע שידוכים, אלע זאלן האבן אזעלכע זיסע קינדערלעך ווי דו האסט מיר געגעבן; העלף ארויס אלע אידן זאלן האבן פרנסה, אידישע קינדער זאלן זיך נישט אזוי מוטשען; העלף אונז און שיק אונז שוין משיח צדקינו במהרה בימינו, אמן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט שטענדיג זיין פרייליך.

#104 - פירן א פשוטע ביליגע לעבן, קען שאטן פאר די קינדער?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מאמע פון א קינדער געבענטשטע פאמיליע, איך פרוביר זיך צו האלטן צו א ביליגע סטאנדארט, צו קויפן די ביליגסטע, און אפילו נעמען גענוצטע וועש פון אנדערע, און ווען עס קומט חול המועד גייען מיר נאר צו פשוטע פלעצער צו פארברענגען. ווידער מיינע שוועסטער און שוועגערנס האלטן זיך זייער הויך, זיי קויפן אלץ טייערע זאכן, און מ'גייט אויף ווייטע און טייערע אויספלוגן.


איך וויל וויסן אויב דאס וועט נישט שאטן פאר מיינע קינדער, וועלכע קענען שפירן אז זיי זענען בא'עוול'ט געווארן, זיי זענען די 'נעבעכס', זיי באקומען נישט אזויפיל ווי זייערע קאזינס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר ציט אויף אייער משפחה איידל און באשיידן וכו'.


וויסן זאלט איר, די קינדער וואס מען צערטעלט זיי (ספוילט), מען טוט זיי אן ווי קעניגן און מען טראגט זיי חול המועד האלטן אויף די זון אין די לבנה וכו' – אויף זיי איז א גרויסער רחמנות, ווייל געבן פאר די קינדער אלעס וואס זיי ווילן און אלעס וואס זיי חלומ'ען דאס מאכט זיי פאר א נעבעך.


געבן פאר די קינדער אלעס וואס זיי בעטן וכו' - איז א פוילער וועג אין חינוך; עלטערן כאפן זיך נישט אז דאס אנטון די קינדער מיט די טייערסטע קליידער און מיט די נייסטע מאדעס - וועט זיי שפעטער קאסטן א טייערע פרייז.


קינדער דארפן גארנישט, קינדער דארפן נאר איין זאך: "א ווארעמע שטוב"; קינדער וואס האבן א ווארעמע שטוב, זיי וואקסן אויף אין א שטוב וואו די עלטערן האבן זיך ליב, וואו די עלטערן זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן - די קינדער קענען נישט ווערן קיין נעבעכ'ס. קינדער וואס מען רעדט שיין צו זיי, מען דערנידערט זיי נישט, מען שרייט נישט אויף זיי - די וואקסן אויף געזונט.


דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן ווייטער מחנך צו זיין אייערע קינדער פשוט און ביליג און איר זאלט נישט קוקן נישט אויף א צווייטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כֵּיוָן שֶׁנִּצְטָרֵך אָדָם לַבְּרִיוֹת, פָּנָיו מִשְׁתַּנּוֹת כִּכְּרוּם", ווען א מענטש קוקט אויף א צווייטן, מען וויל געפעלן א צווייטן, ווערט ער אזוי ווי א קאלירטע פייגל וואס טוישט יעדן טאג איר קאליר, ווייל ער דארף פאר יעדן איינעם אנדערש אויסקוקן און מען האט נישט קיין לעבן; דער וואס זוכט נאר צו געפעלן א צווייטן דער איז דער נעבעך, אבער ווען מען לעבט פארן אייבערשטן, ווען מען לעבט פאר זיך - דעמאלט לעבט מען א גוט לעבן.


נאכאמאל, קיינער זאל אייך נישט איינרעדן אז אויב איר וועט נישט געבן פאר די קינדער דאס טייערסטע און דאס בעסטע וכו' וכו' וועלן זיי שפעטער זאגן אז מען האט זיי בא'עוולה'ט; פארקערט, די אלע וואס שרייען אז מען האט זיי גארנישט געגעבן וכו' - זיי קומען פון שטובער וואס מען האט זיי באמת געפייניגט, פארשעמט און גע'רודפ'ט, דאס באדערט זיי.


דער עיקר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער; בפרט היינטיגע טעג וואס עס בוזשעוועט א שטורעם ווינט און רייסט אויס יונגע און אלטע ביימער, מענטשן פאלן אוועק פון דער אמונה, מענטשן פאלן אוועק פון דרך התורה, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדן קינד באזינדער און מען דארף אסאך פארברענגען מיט זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#103 - קען די מאמע אויך בענטשן די קינדער?
שבת קודש, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, ברכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן בענטשט די קינדער יעדע וואך פאר קידוש מיט די ברכה פון "ישימך אלקים כאפרים וכמנשה" און "יברכך ה' וישמרך" וגו', און די קינדער קומען צו מיר צו געבן א קוש און זאגן גוט שבת, און איך טו זיי צוריק די זעלבע, און געווענליך געב איך זיי אויך א ווארעמע ברכה מיט מיינע אייגענע ווערטער; למעשה שמעקט מיר זייער שטארק די ברכה פון די פסוקים, און איך וואלט אויך געהאט חשק זיי צו בענטשן מיט דעם, איז מיין שאלה אויב איך מעג אויך זאגן די פסוקים פאר זיי, מיט'ן ארויסזאגן דעם אייבערשטנ'ס נאמען?


איך וועל זיך פרייען אויף אן ענטפער פונעם ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז א גרויסע זאך צו בענטשן די קינדער פרייטאג צו נאכטס, אין די עמדין סידור שרייבט דער הייליגער יעב"ץ זכותו יגן עלינו (הנהגת ליל שבת, אות ז): "מִנְהָגָן שֶׁל יִשְׂרָאֵל לְבָרֵךְ הַיְּלָדִים בְּלֵיל שַׁבָּת, אֶחָד הָאָבוֹת וְאֶחָד הָרַבָּנִים אַחַר הַתְּפִלָּה, אוֹ בַּכְּנִיסָה לַבַּיִת, שֶׁאָז חָל הַשֶּׁפַע", עס איז דער מנהג ישראל פאר עלטערן און פאר רבנים צו בענטשן די קינדער פרייטאג צו נאכטס אין שול, אדער ווען מען קומט אהיים פון שול, ווייל פרייטאג צו נאכט איז נישטא קיין מקטרגים, נישטא קיין שלעכטס, איז דעמאלט די צייט צו ברענגען שפע פאר די קינדער.


ער שרייבט דארט אז מען זאל זאגן די פסוק: "יְשִׂמְךָ אֱלֹקִים כְּאֶפְרַיִם וְכִמְנַשֶּׁה", און ווען מען בענטשט די טעכטער זאגט מען: "יְשִׂימֵךְ אֱלֹקִים כְּשָׂרָה רִבְקָה, רָחֵל וְלֵאָה".


אויך שטייט פון הייליגן אריז"ל אז די קינדער זאלן באגריסן די מאמע מיט א "גוט שבת" און געבן א קיש די מאמעס האנט, און אז די מאמע וויל אויך בענטשן קען זי אויך בענטשן די קינדער, און זי קען זאגן די פסוקים פון "יברכך", אויך קען מען צולייגן אייגענע ברכות.


דער עיקר וואס א מאמע דארף וויסן איז, אז זי וועט זיין פרייליך וועלן די קינדער זיין פרייליך, וועט דער מאן זיין פרייליך, וועט די שכינה הקדושה ריען אין שטוב, ווייל די שכינה רוט דארט וואו עס איז פרייליך, און אז די שכינה איז אין שטוב איז דא ברכה אין שטוב, און מען זעט נחת פון די קינדער; דעריבער האט דער רבי אונז זייער אנגעזאגט און מחזק געווען מיר זאלן טון אלעס אין דער וועלט זיין צו זיין פרייליך, ווייל אין דעם איז אנגעהאנגען די גאנצע הצלחה פונעם מענטש.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#102 - זאלן פרויען גיין אנגעטון אינגאנצן שווארץ?
צניעות, חיזוק פאר פרויען, קינדער, קליידער, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז נישטא קיין ווערטער צו דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס וואס מיר באקומען פון די שיעורים און בריוו, אין אלע תחומים פון לעבן, דער אייבערשטער זאל ווייטער געבן אסאך כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א צו ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט.


איך בין ברוך ה' אלץ געגאנגען אנגעטון צניעות'דיג מיט נאר מיט שווארצע שעסלעך, שווארצע שטרומפ, און שווארצע שיך; לעצטנס האב איך געהערט א שיעור אין צניעות, ווי ווייט הארב עס איז צו מכשיל זיין א צווייטן איד, און ווי ווייט א פרוי דארף אכטונג געבן ווי אזוי זי גייט אנגעטון, און דאס האט מיר טראכטן אז אפשר דארף איך גיין נאך א טריט ווייטער, אז אויך די אויבערשטע טייל פון קערפער זאל זיין אנגעטון נאר אין שווארץ.


האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס איז א ריכטיגע זאך, נישט אנצוטון קיין שום קליידונג וואס האט קאלירן, נאר אינגאנצן שווארץ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר פירט זיך איידל, איר גייט אנגעטון איידל און באשיידן, די שענסטע מתנה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר אידישע טעכטער איז די זאך פון זיין איידל און באשיידן, און מען באקומט גאר שכר דערויף, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מגילה יג:): "בִּשְׂכַר צְנִיעוּת שֶׁהָיְתָה בָּהּ בְּרָחֵל זָכְתָה וְיָצָא מִמֶּנָהּ שָׁאוּל", רחל אמינו האט זוכה געווען אז פון איר איז ארויס געקומען דער גרויסער צדיק שאול המלך וויבאלד זי האט זיך געפירט בצניעות, "וּבִשְׂכַר צְנִיעוּת שֶׁהָיָה בּוֹ בְּשָׁאוּל זָכָה וְיָצָאת מִמֶּנּוּ אֶסְתֵּר", און שאול המלך האט זוכה געווען - דורכדעם וואס ער האט זיך געפירט בצניעות - אז פון אים איז ארויסגעקומען די גרויסע צדיקת אסתר המלכה; און דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "הַצְּנִיעוּת שֶׁבְּאִשָּׁה מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס גייט אנגעטון צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.


עס זענען דא משפחות וואס ביי זיי גייט מען שווארץ, נאכדעם איז דא משפחות וואס ביי זיי גייט מען יא מיט קאלירן, ביידע זענען ריכטיג, און אז ביי אייך גייט מען מיט קאלירטע קליידער – קענט איר ווייטער גיין מיט קאלירטע קליידער, דער עיקר איז עס זאל זיין איידעלע קאלירן, און באשיידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן, אין די זכות וואס איר טוט זיך אן איידל און באשיידן, זאלסט איר זוכה זיין צו די ברכה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא וישלח, ו), אויפן פסוק (תהלים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פּוֹרִיָּה", ווען איז א פרוי ווי א וויינשטאק, ווען איז א פרוי זוכה צו זיין "כְּגֶפֶן פּוֹרִיָּה", אויפצושטעלן א שטוב מיט קינדער? ווען זי איז "בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ", ווען זי פירט זיך איידל און גייט אנגעטון איידל; דעמאלט וועט זי זוכה זיין צו די ברכה פון "בָּנֶיךָ כִּשְׁתִילֵי זֵיתִים", זי וועט אויפשטעלן קינדער וואס וועלן געזאלבט ווערן מיטן שמן המשחה, עיין שם.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#101 - ווי אזוי העלפט מען דאס קינד מצליח זיין?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, מדות טובות, שולד געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים אין חינוך, איך לערן זיך אסאך פון די שיעורים, און איך האב זייער הנאה דערפון.


מיר וועלן זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז העלפן מיט עטליכע שאלות אין חינוך.


א.    אונזער פינף יעריגע טאכטער איז זייער נישט קיין צופרידענע, זי איז נישט פרייליך מיט וואס זי האט, און אלץ האט זי טענות אויף יעדע זאך אז יענער באקומט מער, אלץ מוז מען איר צוגעבן נאך אביסל פון וואס מען טיילט; ווי אזוי קען מען איר אויסלערנען צו זיין פרייליך מיט וואס זי האט?


ב.    איך שפיר אז איך האב נישט א גוטע קשר מיט די טאכטער, זי האט אפילו געזאגט אמאל פאר מיין מאן אז מאמי פארשטייט איר נישט, פארשטייט זיך אז דאס מאכט מיר אסאך שולד געפילן, און דאס מאכט אז איך זאל איר לאזן טון אסאך זאכן מער ווי אנדערע.


ג.      אויך זאגט זי אסאך ליגנט, ווי אזוי קען איך איר העלפן מיט דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז עס וועט פארראכטן ווערן די צווייטע פראבלעם - וועט די ערשטע אויך פארראכטן ווערן; קלאפט זיך נישט אז איר זענט נישט א גוטע מאמע, דאס זיך אראפקלאפן איז די ערגסטע זאך, דאס נישט זיין פרייליך און צופרידן - דאס מאכט די קינד זאל נישט זיין צופרידן און נישט זיין רואיג מיט זיך.


קינדער ווערן געבוירן מיט מידות וואס מען דארף אויסארבעטן, און די עלטערן דארפן זיי העלפן דאס אויסארבעטן, יעדער מענטש האט זיינע זאכן וואס דארף ווערן פארראכטן און ווען מען איז יונג איז עס גרינגער אויסצוארבעטן, עלטערן דארפן העלפן די קינדער יונגערהייט אויסארבעטן די מידות.


אז דאס קינד האט טענות פארוואס א צווייטער האט מער וכו', זאגט מען פארן קינד: "עס איז נישט גוט קוקן אויף א צווייטן, מען ווערט נישט פרייליך און צופרידן דורכדעם וואס דער צווייטער האט יא אדער נישט", מען רעדט צום קינד פון קוקן אויף די גוטס, פון דאנקען אויף וואס מען האט יא.


אויך דארפן עלטערן אסאך בעטן פאר די קינדער, מען דארף בעטן פאר יעדן קינד באזונדער. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד, "וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", ער האט געהאט צען קינדער - זעקס זין און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל, וּמִשְׁתַּטֵּחַ, וּמִתְחַנֵּן, וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים, וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם, לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אינעם בית המקדש, דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אין בית המקדש.


דער עיקר זאלט איר פרובירן מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פרייליך, ווייל מען קען נאר מצליח זיין מיט קינדער אויב מען איז פרייליך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב, סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", דער וואס איז שטענדיג פרייליך איז שטענדיג מצליח; קינדער האבן ליב א פרייליכע שטוב, א פרייליכע מאמע, א פרייליכע מצב; זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג צו זיין פרייליך.


דא האט איר א תפילה צו זאגן יעדן טאג:


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך, איך זאל זיך פרייען אז איך בין א איד, איך זאל זיך פרייען אז איך בין נישט קיין גוי. העלף מיר אייבערשטער, נעם אוועק פון מיר מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל פרייליך מאכן אנדערע מענטשן און יעדער איינער ארום מיר זאל זיין פרייליך.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט די וועלט מיט השגחה פרטית, איך זאל האבן א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע. איך זאל נישט קיינעם חנפע'נען און נישט פון קיינעם מורא האבן; בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, אמן".



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#100 - פארוואס איז מיין מאן אזא שלימזל?
חובות, התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, שמחה, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי נעמט מען די כוחות ווייטער אנצוגיין? ווי לאנג נאך וועט אונז דער אייבערשטער אויספרובירן? מיין מאן קלאפט זיך, אז ער איז געבוירן א שלימזל, ער וועט קיינמאל נישט מצליח זיין, און מיט רעכט, ער באקומט נאר ניין'ס פון יעדע פרנסה אין וואס ער געט זיך איין, די חובות וואקסן יעדן טאג, ווי אזוי קען מען לעבן אזוי טאג איין טאג אויס?


אפשר קען ראש ישיבה שליט"א מיר ענטפערן און מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יעצט איז אייער עבודת השם צו מחזק זיין אייער מאן, אים זאגן: "עס וועט נאך זיין גוט, עס וועט פאסירן א נס, עס וועט קומען שפע"; יעצט דארפט איר זיך ארויסשטעלן אלס דער שטארקער, נישט וויינען און נישט אראפקלאפן.


איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד פשט אויף וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות קומט בזכות די ווייב; אז אויב די ווייב איז קלוג, זי ווייסט וואס צו טון אין די צייטן וואס עס איז ענג; שטארקן איר מאן, אים מוטיגן - וועט אריבער גיין די טעג און עס וועט קומען עשירות, און אז די פרוי איז אויך בקטנות הדעת, זי שלעפט נאך מער אראפ די מצב, זי וויינט מיט, זי קרעכצט מיט, זי קוקט מיט א נישט גוטע אויג - דעמאלט ווי קען זיין עשירות? דאס זאגט דער רבי: 'עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה', דער עיקר עשירות קומט בזכות די ווייב.


זארגט נישט וועגן די חובות, איר זאלט שמייכלען צו אייער מאן און אים געבן גוטע ווערטער, און ווען אייער מאן איז נישט אין שטוב - זאלט איר זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אים בעטן אין אייער שפראך מיט די וועג ווי אזוי איר רעדט צו א גוטע פריינד, אים בעטן ער זאל ענק געבן שפע, ענק זאלן האבן פרנסה; וועט איר זיכער זען א גרויסע נס.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#99 - די מאמע זאגט פאר די קינדער אנדערש פונעם טאטן?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שאלה אין שלום בית, און איך וויל וויסן אויב איך טו ריכטיג. איך בין אויפגעוואקסן מיט געוויסע זאכן וואס מען איז געווען זייער שטרענג ביי דעם, און מיין מאן איז נישט אזוי מקפיד אויף דעם, און איך ווייס נישט אויב איך האנדל דאס אויפ'ן ריכטיגן וועג.


צום ביישפיל, איך ווייס אז א קינד גייט אייביג און אלעמאל מיט'ן קאפל אויפ'ן קאפ, און ווען מיין מאן באדט די קינדער איז ער נישט אזוי מקפיד אנצוטון גלייך דעם קאפל די ערשטע זאך, אויך ביים אנטון די קינדער נאכט קליידער קענען זיי זיך דעמאלט ארומדרייען אן א קאפל. איך האב פרובירט עס איבערצושמועסן איינמאל מיט מיין מאן שיינערהייט, עס האט אבער נישט געהאלפן, האב איך אנגעהויבן זאגן פאר די קינדער אליין אז מען מוז אלץ האבן דעם קאפל אויפ'ן קאפ, זיי זאגן מיר אבער אז טאטי זאגט אז מען דארף נישט.


איך האב באשלאסן אז איך גיי מער נישט רעדן וועגן דעם, איך טראכט אז כדי די קינדער זאלן קענען אויפוואקסן נארמאל און ערליך, מוז זיין שלום בית אינדערהיים, האב איך אויפגעהערט רעדן וועגן דעם.


איין טאג נאכ'ן באדן די קינדער, זע איך ווי די קינדער טאנצן ארום אן די וועש, איך האב פארשטאנען אז מיין מאן האלט נישט אז עס איז א פראבלעם, האב איך שוין גארנישט געוואלט זיי זאגן וועגן דעם, איך זע אז עס העלפט סיי ווי נישט, ווייל מיין מאן איז נישט מיט מיר אין איין מיינונג איבער דעם, און איך וויל נישט די קינדער זאלן ווערן צעמישט צווישן טאטי און מאמי, אז מאמי איז די פרומע.


איך האב נישט קיין טענות אויף מיין מאן, איך טו אויך זאכן וואס ער גלייכט נישט, איך וויל נאר וויסן וואס איז ריכטיג צו טון אין אזעלכע פעלער, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונט און ערליך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען איר זענט מחנך די קינדער און זיי זאגן אייך אז טאטי זאגט מען דארף נישט, טאטי לאזט - זאלט נישט אריינגיין אין ויכוחים מיט זיי, זאגט זיי ווייטער וואס איז ריכטיג, זאגט זיי: "דו ביסט א וואוילע זיסע קינד, און טו וואס מאמע זאגט דיר".


דאס איז קלאר אז מען טאר קיינמאל נישט זאגן פאר קינדער: "טאטע קען נישט קיין הלכות, טאטע איז אן עם הארץ, טאטע אינטערעסירט נישט די חינוך", (אפילו ווען עס איז באמת אזוי), דאס איז די ערגסטע זאך, נאר ווייטער זאגן וואס איז ריכטיג, און אז מען דארף פאלגן וואס א מאמע זאגט.


דאס איז די וועג ביי קינדער ווען מען איז זיי מחנך, זיי זוכן זיך תירוצים נישט צו דארפן טון וואס מען הייסט זיי, למשל ווען דער מנהל זאגט זיי עפעס צו טון, וועלן זיי זאגן 'דער מלמד לאזט יא', און ווען דער מלמד זאגט עפעס צו טון, זאגן זיי 'דער מנהל האט געזאגט מען מעג', און אז דער מנהל און דער מלמד זענען נישט שטארק מיט זיך און מיט וואס זיי זאגן, פאלן זיי פאר די קינדער; די זעלבע זאך איז אין שטוב, פאר די טאטע זאגט מען: "מאמי לאזט!" און פאר די מאמע זאגט מען: "טאטי לאזט!"


עלטערן דארפן וויסן, ווען קינדער ווילן עפעס פועל'ן, זיי ווילן גיין ערגעץ, גייען זיי פרעגן איינע פון די עלטערן, למשל די מאמע, און אז די מאמע זאגט: "פרעג טאטי" - וועלן זיי קומען פרעגן מיט א חכמה, זיי וועלן נישט קומען מיטן אמת, זיי וועלן זאגן: "מאמי זאגט אז זי לאזט, אבער זי וויל מען זאל אויך פרעגן טאטי", אבער דאס איז נישט אמת, ווייל די מאמע האט בסך בכל געזאגט "פרעג טאטי"; איז דער טאטע א שטארקער, א קלוגער זאגט ער זיין מיינונג וואס איז ריכטיג; איז ער מיד, אדער שוואך, זאגט ער: "אהה מאמי לאזט, איך לאז אויך"; לויפן זיי צוריק צום מאמען זאגן אז טאטע האט גאר געהייסן מען גייט גיין וכו'.


זייט ווייטער מחנך אייערע קינדער זיי זאלן זיין איידל, זיי זאלן זיך פירן מיט יראת שמים, און ווען זיי זאגן אייך אבער טאטע אהער און טאטי אהין - קענט איר זיי געבן א שמייכל און ווייטער פארלאנגען וואס איז ריכטיג.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#98 - ווי אזוי קוקט מען גוט אויפ'ן לעבן?
שלום בית, סבלנות, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף אן עצה צו זיין פרייליך. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן א שיינע בריוו אז דאס לעבן ליגט נאר אין מיינע הענט, עס איז נישט די מאן און די קינדער, עס איז נישט די שכנים און אנדערע, עס איז נאר אז איך אליין דארף אנהויבן קוקן גוט אויפ'ן לעבן, און דעמאלט וועט מיר ווערן גוט אין לעבן; איך ווייס אבער נישט וואס צו טון צו ווערן פרייליך.


אסאך מאל שפיר איך זיך אזוי שטארק צעבראכן, איך פיל אז קיינער ווייסט נישט וואס איך גיי אריבער, קיינעם אינטערעסירט נישט וואס איך לייד.


איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן, איך פרוביר אזוי שטארק אים צו דערציילן אלעס וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, אבער איך שפיר נישט אלעמאל ווי מען הערט מיר אויס, חס ושלום, און דאס מאכט אז איך זאל זיך נישט קענען אלעס אויסרעדן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר שרייבן א תפלה צו קענען בעטן דעם אייבערשטן צו זיין פרייליך, צו קוקן גוט אויף מיין לעבן, צו קוקן גוט אויף מיין מאן, נישט צו מקנא זיין א צווייטן, נישט פרובירן זיך צוצוגלייכן צו א צווייטן?


יישר כח פאר'ן מיר פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג, יישר כח פאר'ן מיר לאזן דערציילן אלעס וואס שטערט מיך, אן דארפן מורא האבן צו ווערן אוועקגעווארפן און אראפגעקוקט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דא האט איר א תפילה אויף שמחה, בעטס די תפילה יעדן טאג און אפילו אפאר מאל א טאג, ביז איר וועט זוכה זיין צו זיין פרייליך. מוהרא"ש זאגט, אנשטאט צו בעטן באזונדער אויף פראבלעמען - זאל מען בעטן דער עיקר אויף שמחה, וועלן ממילא אלע פראבלעמען אוועק פאלן.


אויך איז וויכטיג צו וויסן אז דאס גייט נישט אין איין טאג, מען דארף האבן סבלנות, בעטן און בעטן ביז מען איז זוכה צו פארטרייבן די עצבות ומרה שחורה.


דא האט איר די תפילה:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז פיס; ביז איך וועל זיין אזוי פרייליך אז איך וועל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, נעם אוועק פון מיר די דעפרעסיע און שווארצע וואלקענס, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#97 - מעג א פרוי זיך שיין מאכן די פנים?
שלום בית, צניעות, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב האט וואונדן אויפ'ן פנים וואס מאכט איר אויסקוקן נישט גוט; מעג מען, אדער זאל מען, לייגן מעיקאפ אויפ'ן פנים זיך צו מאכן שיין דעם פנים עס זאל נישט אויסקוקן מיאוס? אדער אפשר נאר אום פרייטאג לכבוד שבת קודש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי מעג מען זיך שיין מאכן די פנים, נישט נאר מען מעג, עס איז א מצוה אויסצוזען גוט.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#96 - וואו איז מיין מאן אוועקגעפלויגן מיט'ן טעבלעט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, קאמפיוטער, אידישע שטוב, טעבלעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואוסט אז דאס וועט פאסירן אויב מיין מאן באקומט א טעבלעט. ער קומט אהיים פון די ארבעט, מיר זיצן ביים טיש און ער קוקט נישט אויף מיר בכלל, נאר אויפ'ן טעבלעט, מיר גיין שלאפן און ער איז אויפ'ן טעבלעט, איך וויל רעדן צו אים און ער איז פארנומען מיט'ן טעבלעט, און זעט גארנישט עפעס אנדערש אויסער זיין טעבלעט.


איידער ער האט געהאט דעם טעבלעט, ווען ער האט מיר געזאגט א צייט ווען ער קומט אהיים, איז ער דעמאלט געווען אינדערהיים, אבער יעצט אויב וועל איך אים נישט רופן, קען ער בלייבן אינדרויסן פאר לאנגע שעות.


איך ווייס אז ער איז נישט שלעכטס, אבער עס הרג'ט מיר אוועק אינגאנצן. איך מוז באטאנען אז דער טעבלעט האט א פילטער, אבער ער איז ממש צוגעקלעבט צו די סקרין. איך שפיר ממש ווי אין גיהנום, איך בין ממש פארלוירן.


מיר ווארטן ברוך ה' א שמחה, אבער אנשטאט צו זיין פרייליך, איז מיר בכלל נישט אינטערעסאנט דאס לעבן, איך שפיר בכלל נישט ווי איך האב א מאן, זיין קאפ און מח איז ערגעץ אוועקגעפלויגן, נישט מיט מיר.


מיר דארפן זייער וויכטיג הילף, איך קען מער נישט אזוי אנגיין, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס עס איז דא צו זאגן? דער טעבלעט, טעלעפאן, קאמפיוטער - מאכט חרוב שטובער, עס פארטרייבט די שכינה הקדושה. מוהרא"ש אין די בריוו רופט אן דעם קאמפיוטער - מכשף, כישוף מאכער, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין סז:), וואס איז די נאמען כישוף? "שמכחישין פמליא של מעלה", זיי מאכן שוואך די כוחות פון די קדושה, און דאס איז די קאמפיוטער, טעבלעט, טעלעפאן וכדומה לזה.


בעטס דעם אייבערשטן אייער מאן זאל עס אפלאזן און אוועק ווארפן, בעטס ביי די שבת לעכט דעם אייבערשטן אז אייער שטוב זאל זיין אפגעהיטן פון אלע שלעכטס. נאר מיט תפילה קען מען זוכה זיין צו האבן א הייליגע שטוב, די טומאה כאפט זיך אריין אין די שענסטע שטיבער, ביי די שענסטע משפחות. ממש וואס דער נביא שרייט (ירמיה ט, כ): "כי עלה מות בחלונינו בא בארמנותינו להכרית עולל מחוץ בחורים מרחבות", עס מאכט חרוב די יוגנט, און נאר מיט תפילה פאר ערליכע דורות, מיט וויינען צום אייבערשטן - קען מען זוכה זיין צו האבן א ריינע שטוב.


איר מעגט זאגן אייער מאן שיינערהייט מיט שטארקע ליבשאפט: "אפשר איז בעסער פאר די שטוב עס זאל נישט זיין?" מען מעג רעדן, מען דארף רעדן, אבער עס מוז גיין מיט גרויס ליבשאפט און מיט איידלקייט, נישט דער מאן זאל שפירן ווי מען טיילט אים איין וואס צו טון, כאילו ער איז נישט בעל הבית; מען מוז צו דעם האבן גרויס חכמה.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#95 - זאל א פרוי ענדערש דאווענען שמונה עשרה, אדער אייגענע תפלות?
חיזוק פאר פרויען, דאווענען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען פאר די שיעורים און חיזוק, וואס האבן שטארק געטוישט מיין לעבן צום גוטן. איך קום פון די 'היילינג' וועלט, פון ארומלויפן צו אלע וואס זאגן אז זיי קענען היילן, אבער זיי האבן מיר געפירט אויף זייער א שלעכטע וועג, און יעצט פרוביר איך צו פאררעכטן די שאדן דורך די חיזוק וואס איך באקום דא ביים הייליגן רבי'ן.


מיין שאלה איז וועגן מיין דאווענען אינדערפרי, נאכ'ן זאגן ברכות השחר און קריאת שמע, האב איך נאך א 10-15 מינוט ביז ווען איך דארף גיין צו די ארבעט, איז ענדערש צו זאגן דעמאלט אן אייגענע פערזענליכע תפלה אויף אידיש צום אייבערשטן, אים צו בעטן אלעס וואס איך דארף, איך ליין דאס פון א צעטל וואס איך האב זיך פארגעשריבן, און דאס ברענגט אריין אין מיר א רואיגקייט וויסנדיג אז איך האב זיך אויסגעשמועסט מיט'ן אייבערשטן אלעס וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ; אדער איז ענדערש צו דאווענען א פארקורצערטער שחרית, דאס הייסט אביסל פון פסוקי דזמרא און שמונה עשרה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך זייער מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, די חיזוק וואס דער רבי געבט אונז שטארקט אונז מיר זאלן קענען אלעס אריבערגיין.


יעדן אינדערפרי ווען איר ענדיגט ברכות השחר מיט קריאת שמע און איר האט נאך א צען פופצן מינוט פאר איר גייט צו די ארבעט, זאלט איר אפאר מינוט רעדן צום אייבערשטן. נעמט א צעטל און שרייבט אראפ אלעס וואס איר דארפט, אלע אייערע בקשות, אלע געברויכן, און דאס זאלט איר יעדן טאג דורכשמועסן מיטן אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך. דאס איז די העכסטע זאך וואס קען נאר זיין, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "התבודדות הוא מעלה עליונה וגדולה מן הכל", דאס רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך - איז די העכסטע און גרעסטע זאך, העכער פון אלעס; דאס איז וואס משיח וועט אויסלערנען פאר די גאנצע וועלט, מען זאל שמועסן מיטן אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטע פריינד, און אזוי ווי א קינד רעדט צו זיין טאטע.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#94 - ווי אזוי ענטפערט מען שאלות אין צניעות?
צניעות, חיזוק פאר פרויען, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף די שיינע שיעורים פאר פרויען, אויף די געוואלדיגע חיזוק בריוון, און אויף אלעם, א כתיבה וחתימה טובה, מען זאל פארן און קומען געזונטערהייט און לייכטערהייט, מיר וועלן דאווענען פון דא, און דער ראש ישיבה שליט"א זאל אונז אינזין האבן פון דארט.


איך וויל פרעגן וואס צו טון ווען א מאמע פרעגט שאלות וועגן צניעות, וואס יא צו קויפן און וואס נישט, ווי אזוי איר צו ענטפערן, ווען איך ווייס אז זי איז אביסל ווייט אין די נושא און פארשטייט נישט א חילוק פון רויט מיט שווארץ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא בני ברק


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען א פרוי פרעגט אייך א שאלה אין צניעות איז גרינגער צו זאגן ווי פאר איינער וואס פרעגט נישט, ווייל אז מען פרעגט - איז שוין א סימן אז מען וויל הערן און מען איז גרייט אנצונעמען.


מיט דעם דארף מען וויסן אז מען דארף מיט גיין מיט יענעמ'ס מח און מיט יענעמ'ס געפילן. דאס בעסטע איז אז מען העלפט יענעם טראכטן, מען שמועסט אויס מיט יענעם. למשל מען פרעגט: "דאס איז נישט אביסל צו אויפפאלנד? דאס איז נישט אביסל צו קורץ?" דאס הייסט מען שמועסט מיט יענעם, מען פרעגט יענעם, אזוי ווי לאמיר הערן אויך דיין מיינונג, און אז יענער ענטפערט 'איך זע נישט וואס איז שלעכט מיט דעם וכו'' זעט מען אז יענער איז נאכנישט גרייט.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל רעדן נאר צו אויערן וואס הערן. אזוי ווי דער הייליגער רבי ברענגט דעם לשון הזוהר: "זַכָּאָה מַאן דְּמַלִּיל עַל אוּדְנִין דְּשָׁמְעִין", וואויל איז דעם וואס רעדט צו אויערן וואס הערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#93 - וואס דארף זיין די צוגאנג צו א מורה דרך?
סיפורי צדיקים, חיזוק פאר פרויען, מורה דרך, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס דארף איך טון ווען איך זע אין ווייבער שול ווי פרויען וויינען און שאקלען זיך ווען זיי הערן דעם ראש ישיבה שליט"א דאווענען, רעדן, און דאס גלייכן?


ווי אזוי זאל איך קוקן אויף דעם, איז דאס א נארישע זאך, אדער זאל איך זיך אויך שאקלען און וויינען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס דארף אייך נישט שטערן די זאכן, און זיכער נישט צעמישן; קוקט נישט אויף אנדערע, און עס זאל אייך נישט שטערן וואס אנדערע טוען.


וויסן זאלט איר, נישט אלעס קען מען זען פון אינדרויסן, עס זענען דא צעבראכענע הערצער, עס זענען דא פרויען וואס גייען אריבער וואס זיי גייען אריבער, און ווען זיי קומען אין שול און זעען דעם מענטש וואס געבט זיי חיזוק – עפנט זיך זייער הארץ צום אייבערשטן, זיי הייבן אן זיך מתבודד זיין וכו'; דאס דארף אייך נישט מבלבל זיין.


דאס איז נישט קיין נייע זאך, איך האב געהערט פון מיין באבע רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, נאכן קריג ווען דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו האט אריינגעבלאזן א רוח חיים אין די עצמות יבשות, זיי האבן באקומען אזויפיל חיזוק פונעם צדיק, אז זיי פלעגן שטיין אין ווייבער שול און קוקן שעות אויף שעות אויפן רבי'ן. וועט איר פרעגן, וואס איז דא צו קוקן וכו'? אבער אז א מענטש האט געטראפן א רבי וואס געבט רוח חיים, קען מען דאס פארשטיין, אזוי אויך היינט אן א מלחמה זענען דא צעבראכענע הערצער, און דאס קומען אין שול מיט האלטן דאס דאווענען, דאס זינגען, דאס רעדן, און אפילו נאר קוקן – געבט רוח חיים, א לעבעדיגע גייסט.


זייט זיך נישט מבלבל פון קיינעם, טוט וואס איז גוט פאר אייך. אז איר דארפט חיזוק, ווארעמקייט, נאנטקייט צום אייבערשטן, און אין שול באקומט איר דאס – זאלט איר קומען, און נישט קוקן רעכטס, נישט לינקס; טוט וואס איז גוט פאר אייך.


בכלל זאלט איר זיך אזוי אויסשטעלן אייער לעבן, צו קוקן וואס איז גוט פאר אייך, נישט קוקן אויף אנדערע.


שטארקט זיך און גייט אן מיט אייער הייליגע ארבעט פון זיין א מאמע פאר אייערע קינדער, און א ווייב.

#92 - וואס מיינט אן ערליכע פרוי?
חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיין א גוטע מאמע און גוטע ווייב, אן ערליכע פרוי, איך וויל זאגן תהילים, תיקון הכללי, שמות הצדיקים, זיין דא פאר מיינע קינדער, פאר מיין מאן, און זיין פרייליך, רעדן צום אייבערשטן, שמועסן מיט'ן אייבערשטן.


וואס איז מיין זאך? אויב איך האב צייט, וואס זאל איך זאגן, תהילים? שמות הצדיקים? תיקון הכללי?


איך שרייב עס מיט טרערן אין מיינע אויגן, איך וויל זיין פשוט אן ערליכע אידענע, אן ערליכע פרוי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן די פראגע.


די גרעסטע זאך און די הייליגסטע זאך פאר אידישע מאמעס – איז צו זיין א מאמע פאר די קינדער, און א ווייב פארן מאן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן", וואס איז די חשוב'סטע און הייליגסטע זאך פאר פרויען? "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא, וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן, וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", דאס אויפציען קינדער צו לערנען תורה און אפווארטן דעם מאן און אים אפהיטן.


זאגן תהילים איז זייער גרויס, תיקון הכללי, שמות הצדיקים איז זייער גרויס, אבער דאס איז ווען מען קען אביסל זיך אפרוען פון די ארבעט מיט די קינדער און מאן, דעמאלט איז א גרויסע זאך צו זאגן תיקון הכללי און שמועסן מיטן אייבערשטן, אים דאנקען און לויבן און בעטן אויף ווייטער.


דער עיקר זייט פרייליך אז איר זענט אויסדערוועלט צו זיין א אידישע מאמע, ברענגען דורות פארן אייבערשטן.

#91 - דארפן פרויען שווימען דוקא נאר מיט א שווים קלייד?
צניעות, סיפורי צדיקים, חיזוק פאר פרויען, בזיונות, יענער, שווימען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האף אז איך שטער נישט, אבער איך ווער זייער צעמישט פון וואס יעדער זאגט מיר, האב איך באשלאסן אליין צו פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געוואלט וויסן אויב עס איז אויסגעהאלטן פאר א פרוי צו שווימען מיט א שווים קלייד וואס איז באזונדער א טַאפּ מיט א סקורט? עס האט נישט קיין הויזן באהאפטן דערצו, און אויך נישט קיין בעטינג סוט אונטער דעם.


איך וויל זיין איידל, און איך וויל טון וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס אז איר זענט נישט צעמישט, איר זענט א בית פיגא תלמידה, איר ווייסט גאר גוט ווי אזוי עס איז ערליך צו שווימען, און ווי די צדיקים האבן אוועקגעשטעלט צו שווימען מיט א שווים קלייד; איר פרעגט, ווייל איר טראכט אז אפשר וועט מען קענען ארויסקוועטשן א היתר.


וויל איך אייך בעטן און אויך אלע תלמידות 'בית פיגא', שווימט ערליך, שווימט הייליג. שעמט אייך נישט פון אנדערע וואס זענען נישט קיין תלמידות בית פיגא, זוכט נישט זיי צו געפעלן, זוכט צו געפעלן דעם אייבערשטן. איר ווייסט אביסל וואס דאס לעבן איז, איר זענט שוין געווען אין שפיטאל אויפן בעטל און אריבער וואס איר זענט אריבער, זעט איר דאך אז די גאנצע לעבן איז נאר ווי לאנג דער אייבערשטער העלפט און געבט די זכיה צו זיין געזונט, די פאר יאר, און שפעטער דארף מען צוריק גיין צום אייבערשטן, און דארט איז די בושה אזוי גרויס, די וואס זענען געגאנגען מיט פריצות קענען נישט שטיין פארן אייבערשטן און פאר די צדיקים, די בושה איז געפערליך.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (מעשיות בסוף סיפורי מעשיות), עס איז געווען א צדיק וואס האט זיך אינגאנצן אויסגעארבעט און ער איז ארויף אויבן אין הימל און געזען ווי עס שטייט א טאפ מיט שטיקער פלייש און ביינער, האט ער געפרעגט: "וואס איז דאס?" האט מען אים געענטפערט: "דאס איז פון א פרוי וואס פלעגט גיין אנגעטון נישט צניעות'דיג, דאס איז איר שטראף, אז זי ווערט יעדן טאג אויפגעקאכט אין בריעדיגע וואסער".


ווייזט דעם בריוו פאר אלע תלמידות בית פיגא, זיי זאלן זיך נישט שעמען פון די פרויען וואס קומען פון אנדערע פלעצער, שעמען זאלן זיך די וואס טוען אן די עקלדיגע קליידער וואס די גוים גייען, שעמען זאלן זיך די וואס גייען קעגן די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#90 - ווי אזוי מאך איך זיך וועלן לאזן מיין מאן פארן קיין אומאן?
אומאן, חיזוק פאר פרויען, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלעס. מיין מאן וויל זייער שטארק פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב נישט חשק, פון איין זייט איז מיין מאן אזוי גוט צו מיר, און עס שמעקט מיר נישט אז ער זאל פארן, אבער איך זע ווי שטארק ער וויל פארן, וויל איך בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א ווי אזוי קען איך מאכן אז איך זאל אים יא לאזן פארן?


אויך דארף איך די גוטע און ווארעמע ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א און חיזוק אז עס לוינט פאר א ווייב צו לאזן איר מאן פארן קיין אומאן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס איז קיינעם נישט איינגענעם ווען דער מאן פארט אוועק, פאר אלע פרויען איז נישט גרינג דאס זיין אליין מיט די קינדער ווען דער מאן פארט אוועק פאר יום טוב ראש השנה צום רבי'ן, און נישט נאר פאר די פרויען איז דאס שווער, פאר אונז מענער איז די נסיעה נאך אסאך שווערער, עס איז א שווערע אויסמאטערנדע וועג ביז מען קומט צום רבי'ן, און דאס דארט זיין איז שווער, און דאס אהיים קומען איז אויך זייער שווער, און דאך פארן מיר, ווייל ראש השנה שרייבט מען אפ אלעס וואס וועט פאסירן מיטן מענטש און מיט זיין ווייב און קינדער. אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען (פיוט ונתנה תוקף): "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יִכָּתֵבוּן", ראש השנה פארשרייבט מען וואס וועט פאסירן די יאר, "וּבְיוֹם צוֹם כִּפּוּר יֵחָתֵמוּן", און יום הכיפורים זיגלט מען אפ וואס מען פארשרייבט, "מִי יִחְיֶה", ווער וועט לעבן די יאר, "וּמִי יָמוּת", און ווער וועט שטארבן די יאר, "מִי בָאֵשׁ", ווער וועט פארברענט ווערן די יאר, "וּמִי בַמַּיִם", ווער וועט דערטראנקען ווערן די יאר, און אזוי ווייטער.


עס איז טאקע שווער דאס בלייבן אליין אין שטוב אבער וואס וואלט איר געטון אויב עס ווארט אייך חס ושלום א שווערע משפט, איר דארפט זוכן א גרויסער לויער (עורך דין) זאל אייך ראטעווען פון דעם גרויסן משפט, און איר האט די מעגליכקייט אז אייער מאן זאל פארן צום גרויסן לויער אייך פארטיידיגן, אבער איר וועט דארפן שלאפן אליין אין שטוב, אדער אויף א קליינע בעט ביי אייער מוטער, וואלט איר מסכים געווען? און אויב אייער מאן קען פארן צו איינער וואס זאל אים פארטיידיגן מיט אייך אינאיינעם, און אויך שתדל'ען פאר פרנסה פאר אייך, אבער איר וועט דארפן פאר א וואך שלאפן ביי אייער מאמע, און איר וועט וויינען, און אייער מאמע וועט אייך זאגן אהער מיט אהין, וואלט איר געזאגט פאר אייער מאן ער זאל בלייבן אין שטוב? איך בין זיכער אז איר וואלט געשטארקט אייער מאן ער זאל טון וואס איז ריכטיג און גיין צום דאקטער, צום לויער, און אהיים קומען געזונט און מיט א שפע.


איז דאך זיכער ווען עס קומט ראש השנה, מען גייט יעדן אינעם משפט'ן, און דא איז דא א רבי וואס זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל", זיין ביי מיר ראש השנה איז א גרויסע זאך, "הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה" דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א מתנה אז איך ווייס וואס ראש השנה איז, "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן", אפילו די וואס איך קען זיי נישט מתקן זיין דורכן יאר, "אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן", אבער אויב די וועלן קומען צו מיר קיין אומאן ראש השנה קען איך אויך זיי פאררעכטן, "כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּראשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", ראש השנה קען איך יעדן איינעם העלפן, אפילו מענטשן וואס איך קען זיי נישט מתקן זיין א גאנץ יאר, נאך זאגט דער רבי (שם, סימן תג): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת אֶצְלוֹ עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז זוכה צו זיין ביי מיר ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר; איז דאך זיכער אז א פרוי וואס האלט נישט אפ איר מאן פון גיין קיין אומאן ראש השנה - וועט זוכה זיין צו אלע הבטחות און צו אלעס גוטס.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#89 - ענטפערן פאר'ן מאן שאלות אין חינוך?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן, ווען מיין מאן פרעגט מיך א זאך אין חינוך, וואס איך האלט מען זאל טון, זאל איך אים ענטפערן וואס איך טראכט אדער צוריק פרעגן וואס ער האלט און ער זאל אפמאכן וואס איז ריכטיג צו טון?


איך רעד דוקא ווען ער פרעגט מיך, ברוך ה' איך פארשטיי פון די שיעורים אז איך קען נישט מחנך זיין מיין מאן ווי אזוי צו מחנך זיין קינדער, און איך פאלג, איך זאג אים נישט וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י' סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א פרוי מיט שכל מאכט איר מאן שפירן ווי ער איז קעניג, ער איז בעל הבית, און אפילו דער מאן איז נישט דער גרעסטער חכם - מאכט זי אים שפירן ווי ער איז אלעס.


ווען דער מאן וויל טון זאכן וואס זענען נישט ריכטיג קען מען מיט חכמה בלייבן שטארק מיט די ריכטיגע וועג, אן דעם וואס מען זאל אים מאכן שפירן ווי ער ווייסט נישט און ער טויג נישט.


אז אייער מאן פרעגט ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער, וואס איז ריכטיג צו טון וכו'; זאלט איר אים העלפן, נישט זאגן "איך ווייס נישט"; ווייל עס איז אנדערש ווען דער מאן פרעגט און וויל וויסן ווי ווען די פרוי טיילט איין און לערנט אים ווי אזוי צו טון.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - ווי אזוי נעם איך ארויס פארדרייטע מחשבות פון קאפ?
שלום בית, קדושה, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן איז ברוך ה' זייער גוט צו מיר, מיר פארברענגען גוט צוזאמען און מיר פארשטייען זיך ברוך ה'.


איך האב אבער א פראבלעם אז איך האב נישט באמת אן עכטע געפיל צו אים, איך האב אים זייער ליב אבער מיין מח פליעט אלץ אוועק צו שלעכטע מחשבות, צו טראכטן פון אנדערע מענטשן, און איך קוק אלץ אויב אנדערע קוקן אויף מיר.


איך פרוביר זייער שטארק זיך צו שטארקן איבער די מחשבות, אבער זיי לאזן נישט נאך, עס שטערט מיך זייער שטארק, איך וויל אז מיין מח זאל זיין אינגאנצן מיט מיין מאן, נישט טראכטן פון אנדערע סארט זאכן חס ושלום, און וויפיל איך פרוביר אויסצורייסן די שלעכטע פארדרייטע מחשבות פון מיין קאפ, פליעט אבער מיין מח אוועק צו אלע אנדערע זייטן.


מיין מאן איז זייער גוט צו מיר, און איך וויל אים ליב האבן מיט'ן גאנצן הארץ און געפיל, אבער עס גייט מיר נישט, מיין קאפ לויפט מיר אלץ צוריק צו טראכטן פון מיינע אלטע חבר'טעס, און דאס מאכט שוין אויך אז עס זאל מיך אנהויבן שטערן אנדערע זאכן פון אים ווי אזוי ער פירט זיך אויף.


וואס קען איך טון דאס צו פאררעכטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א שאד מען רעדט נישט צו מיידלעך ווען זיי זענען נאך יונג זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון נישט געזונטע פריינטשאפט, מען זאל זיך נישט שפילן איינער מיטן צווייטנ'ס קערפער, ווייל אויסער וואס דאס איז אן עבירה, דאס איז מעשה ארץ מצרים און מעשה ארץ כנען וואס די תורה זאגט (ויקרא יח, ג): "לא תעשו" - וועט מען אויך ליידן ווען מען האט חתונה. מען קען נישט ווערן נאנט מיטן מאן, מען קען נישט אויפשטעלן א שטוב אינאיינעם, עס בענקט צו נישט גוטע פריינטשאפט וכו' וכו'.


אבער אפילו ווען עס ציט צו נישט גוטע זאכן און אויך האט מען געטון נישט גוטע זאכן, און מען האט נישט קיין געפיל צום מאן וכו' וכו' - איז נאך דא א וועג צו ווערן אויסגעהיילט, און אז מען וויל זיך טאקע היילן, דער מענטש וויל ארויסגיין פון די נישט גוטע פלאץ - קען מען דורך תפילה והתבודדות אויסגעהיילט ווערן. דורכדעם וואס מען באשטימט זיך א צייט און א פלאץ יעדן טאג צו בעטן דעם אייבערשטן מען זאל ווערן אויסגעהיילט, מען זאל ווערן ריין, ביז מען ווערט אויסגעהיילט.


דא האט איר א קליינע תפילה צו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן, לייגט צו אייערע אייגענע ווערטער, לייגט צו ווערטער פון הארץ, בעטס: "הייליגער באשעפער איך דאנק דיך און איך לויב דיך פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר, פאר מיין מאן, פאר מיינע קינדער און פאר אלעס.


איך האב א פראבלעם וואס לאזט מיך נישט אנגיין מיט די חתונה געהאטע לעבן, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין געזונט, נישט גליסטן נאך די עקלדיגע אויפפירונג ווי די מצרים און די כנענים פירן זיך. הייליגער באשעפער נעם ארויס פון מיר די שלעכטע מחשבות, העלף עס זאל זיין חן און ליבשאפט צווישן מיר און מיין מאן, העלף אונז, מאך רוען די שכינה ביי אונז, מיר זאלן לעבן אינאיינעם בשלום און מיט ליבשאפט".


מיט תפילה און מיט סבלנות קען מען זוכה זיין צו זאכן וואס זענען שלא כדרך הטבע, מען קען זיך אינגאנצן טוישן.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#87 - פארוואס בין איך נישט א גוטע מאמע?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אידישע שטוב, שבת ליכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בעט שוין אזוי לאנג אז איך זאל ליב האבן מיינע קינדער, און נעבעך איינע פון מיינע קינדער ליידט פון מיר, מיינע מידות זענען נאך אזוי רוי, איך דארף הדרכה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אים ווען ער ניצט זיי הענט אויף די אנדערע קינדער, ווען ער צעשרייט זיך ווען איך אדער מיין מאן פרעגן אים איבער עפעס וואס מיר האבן נישט פארשטאנען קלאר וואס ער האט געזאגט, ווען ער פארלירט זיך און טוט ווילדע זאכן, ווי למשל נעמען א בעזעם שטעקן צו שלאגן, ווי אזוי רעאגיר איך? וואס זאג איך דעמאלט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס צעקלאפט איר זיך? וואס רעדט איר אזוי שלעכט אויף זיך? אז א קינד האט א שווערע נאטור און מען דארף דאס אים העלפן אויסארבעטן - דאס מיינט נישט אז די עלטערן האבן שלעכטע מידות, און אז א קינד שלאגט און נעמט שטעקנס צו שלאגן די אנדערע קינדער און מען דארף אים קנס'ענען - דאס מיינט נישט אז דאס קינד ליידט פון די עלטערן; מען ליידט פון זיך אליין פון די שווערע נאטורן, און עלטערן דארפן העלפן די קינדער אויסארבעטן די שווערע נאטורן.


אז איינער פון די קינדער ווילדעווען - דארף מען אים אויסלערנען אז מען קען נישט ווילדעווען; מען קען נישט שלאגן, מען קען נישט שעדיגן געשוויסטער. אמאל דארף מען אים לייגן אין די זייט ביז ער בארואיגט זיך און ביז ער בעט איבער, אמאל העלפט מען אים ארויסזאגן די ווערטער "איך גיי שוין זיין גוט", אמאל פרעגט מען: "גייסט שוין זיין גוט?" און אז דער קינד געבט נאר א קליינע שאקל דעם קאפ, זאגט מען הויך: "ברוך השם מיר האבן א טייער קינד, די יצר הרע איז שוין ארויס פון שטוב".


אמאל אז א קינד איז זייער ווילד, שלאגט און שטויסט, קען זיין אז דאס קינד איז הונגעריג. אמאל קען זיין אז דאס קינד איז מיד, דארף מען געבן וואס שנעלער עפעס עסן און זען וואס מען קען טון.


אויסלערנען קינדער צו פאלגן - איז נישט פארקערט פון זיין א גוטע מאמע, חס ושלום אויב מען לאזט קינדער טון וואס זיי ווילן, דאס איז די שלעכסטע זאך וואס קען זיין; אודאי דארף דאס זיין מיט אסאך גוטע ווערטער און אסאך ליבשאפט, אויסרימען, אויסלויבן, אבער אויך דארף מען לערנען קינדער ווי צו רעדן צו עלטערן, און אויף נישט שלאגן געשוויסטער וכו'.


דער עיקר איז תפילה, בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר די קינדער, און ביי די שבת ליכט איז גאר א גוטע צייט צו בעטן פאר די קינדער, בעטס ביי די שבת ליכט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן זיין ערליך און הייליג, העלף מיר איך זאל זיי מחנך זיין מיט שמחה, הייליגער באשעפער איך ווייס נישט ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער, איך ווייס נישט ווי אזוי צו זאגן, וויפיל צו זאגן און ווען צו זאגן, העלף מיר איך זאל מחנך זיין מיינע קינדער מיט שמחה, מיט ישוב הדעת, און זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג".



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#86 - ווי אזוי האלט איך אויס ווען מיין מאן פארט קיין אומאן?
אומאן, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלעס, אונזער לעבן איז זייער גוט ברוך ה'.


מיין מאן רעדט אזוי סאך פון אומאן אומאן אומאן, וואס זאל איך טון אז איך וויל נישט ער זאל פארן? לעצטע יאר האב איך נישט געקענט אויפהערן צו וויינען, איך בין געווען ביי מיין מאמע און זי האט זיך אויפגעפירט אזוי נישט שיין צו מיר. איך בין געשלאפן אויף די קלענסטע בעט אין הויז, איך  האב נישט געהאט קיין מינוט פריוואט פאר מיר, די טיר וואו איך בין געשלאפן האט נישט קיין שלאס, יעדער האט געקענט שפילן מיט די זאכן אין מיין רענצל, מיין מאמע האט מיר נישט געלאזט אהיימגיין און זי האט געמוזט וויסן א גאנצן טאג וואו איך בין, עס האט מיך צוריק געברענגט צו די צייטן וואס איך האב געהאט אלס מיידל.


איך קען נישט נאכאמאל צוריק גיין דארט אויף ראש השנה, און עס איז נישט דא א צווייטע פלאץ פאר מיר וואו צו גיין, וואס זאל איך טון? מען הייבט שוין אן צו טון זאכן פאר אומאן, און יעדעס מאל מען רעדט פון דעם ווער איך נאכאמאל אנגעצויגן. וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס זייער גוט אז עס אייך שווער אייער מאן זאל אייך איבערלאזן ראש השנה, איר זענט נישט די איינציגסטע פרוי פארוועם עס איז שווער; פאר אלע פרויען איז דאס נישט גרינג, צו בלייבן מיט א שטוב מיט קינדער ווען דער מאן פארט אוועק פאר יום טוב ראש השנה צום רבי'ן, און נישט נאר פאר די פרויען איז דאס שווער, פאר אונז איז די נסיעה נאך אסאך שווערער, עס איז א שווערע אויסמאטערנדע וועג ביז מען קומט צום רבי'ן, און דאס דארט זיין איז שווער, און דאס אהיים קומען איז אויך זייער שווער, און דאך פארן מיר, ווייל ראש השנה שרייבט מען אפ אלעס וואס וועט פאסירן מיטן מענטש און מיט זיין ווייב און קינדער, אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען (פיוט ונתנה תוקף): "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יִכָּתֵבוּן", ראש השנה פארשרייבט מען וואס וועט פאסירן די יאר, "וּבְיוֹם צוֹם כִּפּוּר יֵחָתֵמוּן", און יום הכיפורים זיגלט מען אפ וואס מען פארשרייבט, "מִי יִחְיֶה", ווער וועט לעבן די יאר, "וּמִי יָמוּת", און ווער וועט שטארבן די יאר, "מִי בָאֵשׁ", ווער וועט פארברענט ווערן די יאר, "וּמִי בַמַּיִם", ווער וועט דערטראנקען ווערן די יאר, און אזוי ווייטער.


פרעג איך אייך, אויב עס ווארט אייך חס ושלום א שווערע משפט, איר דארפט זוכן א גרויסער לויער (עורך דין) זאל אייך ראטעווען פון דעם גרויסן משפט, און איר האט די מעגליכקייט אז אייער מאן זאל פארן צום גרויסן לויער אייך פארטיידיגן, אבער איר וועט דארפן שלאפן אליין אין שטוב, אדער אויף א קליינע בעט ביי אייער מוטער, וואלט איר מסכים געווען? און אויב אייער מאן קען פארן צו איינער וואס זאל אים פארטיידיגן מיט אייך אינאיינעם, און אויך שתדל'ען פאר פרנסה פאר אייך, אבער איר וועט דארפן פאר א וואך שלאפן ביי אייער מאמע, און איר וועט וויינען, און אייער מאמע וועט אייך זאגן אהער מיט אהין, וואלט איר געזאגט פאר אייער מאן ער זאל בלייבן אין שטוב? איך בין זיכער אז איר וואלט געשטארקט אייער מאן ער זאל טון וואס איז ריכטיג און גיין צום דאקטער, צום לויער, און אהיים קומען געזונט און מיט א שפע.


יעצט וויל איך אייך פרעגן, ווען דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל", זיין ביי מיר ראש השנה איז א גרויסע זאך, "הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה" דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א מתנה אז איך ווייס וואס ראש השנה איז, "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן", אפילו די וואס איך קען זיי נישט מתקן זיין דורכן יאר, "אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן", אבער אויב די וועלן קומען צו מיר קיין אומאן ראש השנה קען איך אויך זיי פאררעכטן, "כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּראשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", ראש השנה קען איך יעדן איינעם העלפן, אפילו מענטשן וואס איך קען זיי נישט מתקן זיין א גאנץ יאר.


נאכן הערן אזעלכע ווערטער פון רבי'ן בין איך זיכער אז איר וועט שיקן אייער מאן קיין אומאן; נישט נאר איר וועט אים שיקן, אויב חס ושלום ער אליין וועט האבן ספיקות אויב ער זאל יא פארן אדער נישט פארן, וועט איר אים שיקן, איר וועט אים שטארקן ער זאל גיין צום רבי'ן וואס קען מתקן זיין, און איר וועט זיך פרייען א גאנץ יאר אז אייער מאן איז געווען אין אומאן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן תג): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת אֶצְלוֹ עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז זוכה צו זיין ביי מיר ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר; איז דאך זיכער אז א פרוי וואס האלט נישט אפ איר מאן פון גיין קיין אומאן ראש השנה - וועט זוכה זיין צו אלע הבטחות און צו אלעס גוטס.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#85 - ווי אזוי מען מחזק דעם מאן אין א שווערע צייט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אמונה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שווערע קשיא, ווי אזוי געבט מען פאר א מאן חיזוק אין די צייט וואס ער גייט אריבער א שווערע תקופה?


ער שלאפט זייער אסאך און ער האט נישט כח אויפצושטיין פרי, און עס איז נישט ווייל ער גייט שלאפן שפעט, נאר פשוט ער קען טאקע נישט אויפשטיין פרי, און עס טוט אים זייער זייער שטארק וויי, ממש ביז צו די נשמה און ער איז זייער צעבראכן פון דעם. איז וואס קען איך טון אין אזא מצב? ווען איך זע אים אזוי, שפיר איך אויפצוגעבן.


איך ווייס נישט וואס אים צו זאגן, און ער ווארט צו הערן פון מיר, וואס טו איך? איך בין זייער פארלוירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


האלטס אייך שטארק, ווערט נישט צעפאלן, דער אייבערשטער געבט נישט א נסיון פאר א מענטש נאר אויב ער האט די כוחות דאס צו ביישטיין. אז איר גייט אריבער יעצט די שוועריקייט - איז זיכער אז איר האט די כוחות דאס בייצושטיין.


אמונה געבט כח; נעמט אריין אין זיך אז אלעס וואס פאסירט מיטן מענטש איז פונעם אייבערשטן, קיין שום זאך איז א פאסירונג, אלעס איז פונעם אייבערשטן, דומם, צומח, חי מדבר, אלעס איז ער, אלעס איז נאר פאר אונזער טובה, מיר פארשטייען נישט וואס פאסירט, עס קען אויסקוקן ווי שלעכטס אבער באמת איז גארנישט קיין שלעכטס, אלעס איז נאר גוטס.


נעמט אייך אפאר מינוט אין טאג, אין א ליידיגע שטילע ווינקל, וואו קיינער הערט נישט און קיינער זעט נישט, שטילערהייט זאלט איר זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל אייך געבן כח און שטארקקייט צו קענען מחזק זיין אייער מאן און ווייטער אנגיין מיט די שטוב ווירטשאפט.


טראכטס עס איז נאר אן אריבערגאנג, עס וועט אריבערגיין די שווערע צייט, עס וועט נאך ווערן בעסער, אייער מאן וועט זיין געזונט בגוף ונפש, און איר וועט האבן שיינע ליכטיגע טעג און אויפשטעלן שיינע דורות.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#84 - וואס טו איך אז מיין מאמע גלייכט נישט מיין מאן?
שלום בית, תהלים, כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך פון מיין מאמע אז זי איז זייער נישט צופרידן פון מיין מאן, און אז איך וואלט געקענט טון אסאך א בעסערע שידוך. ברוך ה' אין זכות פון די שיעורים וואס איך הער פונעם ראש ישיבה שליט"א, האב איך איר קיינמאל גארנישט געענטפערט.


מיין מאמע איז נישט קיין שלעכטע, איך האב קיינמאל נישט געפילט אזוי פאר די חתונה. איך בין זיכער ווען זי וואלט געוואוסט ווי שטארק עס שטערט מיר וואלט זי זיך איינגעהאלטן, אבער עס טוט מיר זייער זייער וויי, איך וויין אסאך וועגן דעם.


ברוך ה' אז איך האב קיינמאל נישט געזאגט פאר מיין מאן פון דעם, איך זאג אים אלץ אז מיינע עלטערן האבן אים זייער ליב. מיין שאלה איז אויב איך מעג עפעס זאגן פאר מיין מאמע; און אויב יא, וואס און ווי אזוי?


א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר אלעס. ברוך ה' אונזער לעבן ווערט נאר בעסער און בעסער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער קלוג פון אייך אז איר דערציילט נישט פאר אייער מאן, פארקערט, איר זאגט אים ווי שטארק אייערע עלטערן האבן אים ליב; אזוי וועט זיין שלום ושלוה, און אז עס איז דא שלום - איז דא אלע ברכות.


זייט מכבד אייערע עלטערן, און בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע עלטערן זאלן טאקע זען נחת ביי ענק און נישט האבן קיין צער - נישט פון אייך און נישט פון אייער מאן, און ווען אייער מאמע זאגט אייך אז זי איז נישט צופרידן פון די שידוך, און אז איר וואלט געקענט טון פיל א בעסערע שידוך – זאלט איר ענטפערן מיט דרך ארץ, זאגט איר: "מאמי איך בין זייער צופרידן פון מיין מאן", דערציילט איר ווי שיין אייער מאן פירט זיך צו אייך, און אז אלע שידוכים זענען פון אייבערשטן, און אז זי לאזט נישט אפ, זי רעדט ווייטער קעגן - זאלט איר מיט חכמה פארדרייען די שמועס און רעדן פון אנדערע זאכן.


דערציילט דעם אייבערשטן אייער ווייטאג, נעמט די תהילים און פלעכטס אריין אין די פסוקים אייערע ווייטאג, בעטס דעם אייבערשטן פאר א שיינע ערליכע לעבן, פאר ערליכע דורות, און פאר השראת השכינה אין שטוב.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#83 - פארוואס איז מיין מאן נישט אזא עובד ה' ווי מיין טאטע און שווער?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס מיר באקומען פון די עצתו אמונה פון די חיזוק יומי, עס געבט אונז אסאך כח צו דינען דעם אייבערשטן און אסאך חיות אין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן איבער א פראבלעם וואס איך האב אין שלום בית מיט וואס איך קען זיך נישט אן עצה געבן. איך האב ברוך ה' חתונה געהאט צו זייער א וואוילער מאן, ער שעצט מיר זייער שטארק, ער העלפט מיר זייער אסאך, ער איז ממש גרייט זיך פשוט מוסר נפש צו זיין פאר מיר און פאר די קינדער, ער וועט טון אלעס אויף די וועלט מיר צו העלפן און מאכן פרייליך, אפילו עס וועט אים אנקומען זייער שווער.


דער פראבלעם וואס איך האב מיט אים איז נאר מיט זיין עבודת ה'. מיר זענען חסידים פון מוהרא"ש נאך פון פאר די חתונה, מיר האבן חתונה געהאט אלס תלמידי היכל הקודש, אבער למעשה זע איך נישט אז ער זאל זיך אויפפירן ווי א תלמיד היכל הקודש. ער האט נישט קיין שיעורים צו לערנען, ער איז אין כולל קוים צוויי שעה א טאג און אויך דעמאלט וועט ער צומאל זיין פארנומען צו מסדר זיין זאכן, באצאלן חשבונות, און דאס גלייכן. ער שטייט נישט אויף אין צייט, גייט נישט אין צייט, און כמעט וואס ער לערנט נישט אינדערהיים, און דאס איז נישט ווי אזוי א תלמיד פון רבי'ן און פון היכל הקודש פירט זיך אויף.


מיין מאן האט ברוך ה' גאלדענע מידות, ער איז זייער איידל און פירט זיך מיט גרויס דרך ארץ, האט נישט צוטון מיט קיינעם, באמת א טייערער אינגערמאן, עס שטערט מיר אבער נאכאלץ אז ער דינט נישט דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין, איך ציטער דאס מערסטע וואס מיינע קינדער וועלן זען אינדערהיים ווען זיי וועלן אונטערוואקסן, איך וויל זיי זאלן זען א טאטע וואס לערנט, אן אמת'ער ברסלב'ער חסיד מיט התבודדות און א פלאקער פון קדושה פאר'ן אייבערשטן. און אנשטאט דעם מאכט זיך אסאך מאל מאל פארנאכטס ווען איך דארף נישט קיין הילף, וועט ער זיך אוועקזעצן מיט עירפאונס צו הערן ניגונים אדער שיעורים.


די איינצעלנע מאל וואס איך האב פרובירט אים מעורר צו זיין אדער בעטן וועגן דעם, איז ער ממש געווארן געטשעפעט פון דעם, ער האט נישט פארשטאנען וואס איך וויל, ער האט געפרעגט מיט ווייטאג אויב ער איז נישט גענוג גוט פאר מיר אדער אויב ער העלפט נישט גענוג. רוב מאל דערוואג איך זיך אפילו נישט אים צו באמערקן אויף די זאכן, ווי אזוי קען איך אים בעטן אז ער זאל גיין צייטליך צום דאווענען, אדער אז ער זאל עפעס לערנען, אין די צייט וואס ער העלפט מיר טאקע אזוי סאך, און ער איז אזוי גוט צו מיר?


ווען ער לערנט יא, אדער ווען ער איז אין כולל, ווייז איך אים ארויס אסאך שעצונג אויף דעם, איך שפיר אבער אז איך ווער פארברענט פון אינעווייניג אז ער איז נישט קיין "עובד ה'". סיי מיין טאטע און אויך מיין שווער זענען ביידע אמת'ע תלמידים פון מוהרא"ש, און יעדעס מאל מיר גייען צו זיי אויף שבתים זע איך זייער דביקות און זייער לערנען תורה, און איך עס זיך נאר מער אויף דאס געזונט פארוואס מיין מאן איז נישט אזוי.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר זאגן וואס צו טון, איך וויל נישט זיין מיין מאנ'ס משגיח, איך וויל אבער יא אז מיינע קינדער זאלן זען אינדערהיים א ביישפיל פון א בן תורה, פון ליבשאפט צו תורה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט ריכטיג צו לייגן אויפן וואגשאל דעם מאן מיטן טאטן, ווייל אייער מאן דארף נישט דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי אייער טאטע, און אייער טאטע קען נישט מאכן די נחת רוח פארן אייבערשטן וואס אייער מאן מאכט, יעדער מענטש האט ספעציעלע זאכן וואס געבט א נחת רוח פארן אייבערשטן וואס קיינער אנדערש קען נישט טון.


אסאך מאל קען דער מאן נישט מצליח זיין אין עבודת השם צוליב דעם וואס די ווייב שעצט אים נישט און האלט נישט פון אים; אפילו אן רעדן און אן זאגן - שפירט מען אין הארץ אז מען איז אראפגעקוקט, און דאס לאזט נישט דעם מאן מצליח זיין.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אזא טייערער מאן, ליינט איבער אייער בריוו: 'איך האב ברוך ה' חתונה געהאט צו זייער א וואוילער מאן, ער שעצט מיר זייער שטארק, ער העלפט מיר זייער אסאך, ער איז ממש גרייט זיך פשוט מוסר נפש זיין פאר מיר און פאר די קינדער, ער וועט טון אלעס אויף די וועלט מיר צו העלפן און מאכן פרייליך, אפילו עס וועט אים אנקומען זייער שווער', וויפיל פרויען וואלטן געוואלט קענען זאגן 'מיין מאן האט ברוך ה' גאלדענע מידות, ער איז זייער איידל און פירט זיך מיט גרויס דרך ארץ, ער האט נישט צוטון מיט קיינעם, באמת א טייערער אינגערמאן', וויפיל פרויען וואלטן זיך געווינטשן פאר א מאן וואס העלפט און איז וואויל...


אז איר זארגט 'וואס וועט זיין מיט די קינדער?' איר ווילט קינדער צדיקים, דאס האט מיט אייך, עס זענען געווען גרויסע צדיקים און גדולי ישראל וואס זענען אויסגעוואקסן פון פשוט'ע שטיבער וואו דער טאטע איז געווען א פשוט'ער איד, און נאר בזכות די ערליכקייט פון די מאמע, פון די תפילות אירע, און פון די צניעות אירע - האבן זיי זוכה געווען צו בנים תלמידי חכמים.


אז איר וועט האלטן טייער אייער מאן, איר וועט זוכן גוטע זאכן אין אים, און נאר זען דאס גוטס - וועט איר אים אזוי אויפהייבן צום אייבערשטן, ענק וועלן זוכה זיין אז די שכינה וועט רוען ביי ענק אין שטוב מיט אלע ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#82 - א ברכה אין זכות פון אפשערן די האר?
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, ברכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז איך האב זוכה געווען זיך אפצושערן די האר פון קאפ לכבוד די נייע יאר.


איך האב זוכה געווען דערצו נאכ'ן הערן אזויפיל שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס רעדט נאכאנאנד פון די גרויסקייט פון אידישע פרויען וואס שערן זיך די האר, ווי חשוב דאס איז ביים אייבערשטן, און אין זכות פון די תפילות פון מיין מאן.


איך האב אין מיין לעבן נישט געטראכט אז איך וועל אמאל זוכה זיין צו טון אזא גרויסע און געוואלדיגע זאכן. ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט ביי שיעורים אז אפילו מען האלט נאכנישט דערביי, זאל מען כאטש בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, האב איך אפילו דאס נישט געוואלט טון.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען גוטע ברכות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות אייער מסירות נפש וואס איר האט געטון, איר האט זיך אפגעשוירן די האר - זאלט איר זוכה זיין צו ערליכע געזונטע קינדער, אזוי ווי די רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים"; און די שכינה הקדושה זאל רוען ביי ענק אין שטוב, עס זאל זיין פרנסה בשפע, מיט אלע ברכות און אלע ישועות.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#81 - קען איך באקומען א ברכה, נאכ'ן אפשערן די האר?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, שערן די האר, נחת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א א גוטע בשורה, אז איך האב זיך היינט אפגעשוירן די האר פון קאפ.


דאס קומט נישט פון מיין משפחה, און אויך נישט פון מיין מאנ'ס משפחה, ביי זיי איז גאר דא א פארקערטע ענין, דוקא זיך נישט צו שערן.


איך האב געהערט אזויפיל ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון דעם, שרייבט פון דעם, איך האב אבער געווען זיכער עס גייט נישט קיינמאל געשען ביי מיר. אין אנהויב האב איך נאר געהערט, א צייט שפעטער האב איך שוין אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן אז איך זאל עס וועלן טון, נאך שפעטער האב איך שוין געוואלט עס טון און איך האב שוין אנגעהויבן בעטן אז איך זאל מצליח זיין עס צו טון,  מיין מאן האט מיר נישט געזאגט ניין אבער אויך נישט געזאגט יא, עס איז מיר געווען זייער זייער שווער עס צו טוהן. אבער יישר כח אייבערשטער אז איך האלט שוין דערנאך.


ווי נאר איך האב געענדיגט זיך אפשערן, האבן מיינע ליפן נישט אויפגעהערט צו דאווענען און בעטן דעם באשעפער אויף אלעס וואס איז מיר ארויס פון מויל צעמישט. אן וויסן וואס מיין מאן גייט זאגן, און ווי אזוי גיי איך פילן.


ביים צוזאמנעמען די האר אין א זעקל, האב איך געזאגט, "באשעפער, איך לייג אריין דא אלע קליפות פון מיר און פון מיין מאן און פון אלע, איך לייג דא אריין תימן, איראן, איראק און אלע שונאי ישראל, אז זיי זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף אונז, עס זאל מער נישט זיין קיין מלחמות.


איך האב געקוקט אויף די האר און געזאגט, "אייבערשטער, דאס איז א קרבן פאר דיר! אייבערשטער, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געפילט אז איך בין מקריב אזא שווערע קרבן אזוי ווי יעצט, עס איז נאר פאר דיר, און אין דעם זכות זאלן מיר אינגיכן הערן דעם שופר של משיח און תשעה באב זאל ווערן צו א יום טוב, איך זאל האבן שלום בית, א רפואה אויף מיינע אויגן, א רפואה אויף מיינע פחדים, איך מיט מיין מאן זאלן זיך ליב האבן, איך זאל נישט האבן קיין פחדים, נישט האבן קיין לחצים, האבן פרנסה בריווח, אפצאלן חובות, האבן נאר אידיש נחת פון אלע קינדער, און האבן נאך קינדער גרינגערהייט און געזונטערהייט, הייליגע געזונטע לעכטיגע דורות, יראי ה' מיט גוטע מידות, היטן און לערנען די הייליגע תורה, אלע רפואות, געזונט, און אזוי ווייטער און ווייטער.


איך וויל נאר בעטן א ווארעמע ברכה פונעם ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אלע ברכות וואס דער הייליגער תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי וואונטשט פאר די פרויען וואס שערן זיך אפ זייער האר, זאלן קומען צו אייך, און אלע ישועות וואס די צדיקים האבן צוגעזאגט פאר די נשים צדקניות וואס שערן זיך זייער האר זאלן קומען צו אייך.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרוסקייט פון זיך אפשערן די האר, דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "תּוּנְבָא לֵיתֵי" א קללה זאל קומען, "עַל הַהוּא בַּר נָשׁ" אויף דעם מענטש, "דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ" וואס לאזט זיין ווייב, "דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. "וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה" און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. "וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ" זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא" איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא" און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא" אזוי אויך איז זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, "מַאן גָּרִים דָּא" ווער איז דאס אלעס גורם? "הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר" די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, זי שערט זיך די האר - וועט זי האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


אזוי ווי איר שרייבט - אזוי איז, יעדעס מאל ווען די פרוי שערט זיך די האר - איז זי מקריב א קרבן פארן אייבערשטן; זי קען דעמאלט בעטן פאר זיך און פאר אנדערע, זי קען פועל'ן ישועות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.