שאלה אין קורצן ענין
#109 - ווי אזוי האנדלט מען מיט קנאה צו מיין שוועסטער'ס שלום בית?
שלום בית, צניעות, קדושה, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער ליב די שיעורים און די בריוו, ס'איז מיר זייער מחזק, יישר כח.


איך בין א פרוי און איך בין גע'גט. איך האב א שוועסטער וואס זי מיט איר מאן העלפן מיר זייער אסאך ארויס, אן זיי וואלט איך ממש נישט געקענט אריבערטראגן מיינע צרות, זיי געבן זיך אפ מיט מיט מיינע קינדער מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, און זענען אייביג גרייט צו העלפן מיט וואס מ'דארף.


מיין פראבלעם איז אז איך בין זייער מקנא מיין שוועסטער, אסאך מאל טראכט איך אז איך דארף אויך די ליבשאפט וואס זי באקומט פון איר מאן, און איך בין אליין און איך האב קיינעם נישט אויף דער וועלט, דאס שטערט מיר זייער שטארק, און ס'ברענגט מיר אויך צו שווערע נסיונות וכו'.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך מיט רחמנות: געבט אכטונג אויף אייער לעבן! רעדט נישט מער מיט אייער שוואגער ווייל איר וועט ביים סוף אלעס פארלירן.


אז איר דארפט הילף זאלט איר רעדן מיט אייער שוועסטער; אלעס וואס מען דארף מסדר זיין בנוגע אייערע קינדער זאל גיין דורך אייער שוועסטער, אבער נישט מיט אייער שוואגער.


עס איז נישט דא קיין שענערע זאך פאר א פרוי ווי צניעות; א פרוי וואס פירט זיך בצניעות, זי רעדט נישט מיט פרעמדע מענער, איז זוכה צו האבן ערליכע קינדער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אונז דאס גרויסקייט פון רות ווי זי האט זיך געפירט בצניעות און אדאנק דעם האט זי חתונה געהאט מיט בועז און פון איר איז ארויסגעקומען דוד המלך, אזוי ווי מיר געפונען (רות רבה ד, ח): "כָּל הַנָּשִׁים מְשַׂחֲקוֹת עִם הַקּוֹצְרִים, וְזוֹ מַצְנַעַת עַצְמָהּ", בועז האט געזען ווי אלע פרויען לאכן מיט די מענער וואס שניידן די תבואה אבער רות האט זיך צוריק געהאלטן פון רעדן מיט פרעמדע מענער, האט ער געוואוסט אז זי איז אן ערליכע פרוי.


א פרוי טאר נישט רעדן מיט פרעמדע מענער בשום אין פנים ואופן; מען קען צו קומען צו איסור יחוד וואס איז אן איסור דאורייתא, ביז מען פאלט אראפ און מען ווערט נכשל רחמנא לצלן וכו'.


אין זכות וואס איר וועט אכטונג געבן אויף אייער צניעות, איר וועט זיין שטארק ביי זיך עומד צו זיין בנסיון וכו', וועט אייך דער אייבערשטער געבן בקרוב א גוטע שידוך און איר וועט שוין קיינעם נישט מקנא זיין וכו', איר וועט מער נישט זיין אליין, איר וועט לעבן אייער לעבן מיטן אייבערשטן, אמן.

#108 - מעג א פרוי זיין נישט צניעות'דיג אינדערהיים?
שלום בית, צניעות, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי פון ארץ ישראל, איך געהער צו א חשובע בארימטע קהלה וואו מ'לייגט פיל כוחות און התחזקות אויף צניעות פון פרויען, און מ'זעט ב"ה שיינע פירות.


לעצטנס האב איך אבער פארשטאנען פון די שיעורים אז אינדערהיים דארף א פרוי זיך יא אהערשטעלן פאר'ן מאן, איז די שאלה אויב א פרוי מעג טאקע זיך אנטון נישט צניעות'דיג אינדערהיים, אין די צייט ווען ס'איז דא קלענערע קינדער אין שטוב, און וואס איז ווען ס'איז שוין דא גרויסע בחורים און מיידלעך, זיי הייבן אויף פארוואונדערטע אויגן אז די מאמע טוט זיך אזוי אן, אין קעגנזאץ פון ווי אזוי א אידישע פרוי דארף אויסזען.


איך האף איר וועט מיר געבן א קלארע תשובה, ווייל איך מוטשע זיך שוין מיט די זאך פאר א שטיק צייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס נישט וואס איר האט געהערט, מן הסתם האט איר נישט גוט פארשטאנען.


וויסן זאלט איר אז צניעות איז נישט נאר אין גאס, צניעות איז סיי אין גאס און סיי אין שטוב, און א פרוי וואס געבט אכטונג אויף צניעות וועט זוכה זיין צו הייליגע קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; דעריבער פארשטיי איך נישט פארוואס איר זאלט אראפנעמען אייער צניעות אין שטוב, בפרט ווען איר האט א שטוב מיט בחורים און גרויסע מיידלעך און איר דארפט זיין א ביישפיל זיי צו ווייזן דאס שיינקייט פון צניעות.


אז איר ווילט זיין א געטרייע פרוי פאר אייער מאן זאלט איר אים פרייליך מאכן און אים צופרידן שטעלן וכו', איר זאלט שטענדיג זיין גרייט פאר אים וכו'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין עירובין ק:) אז א פרוי וואס איז אלעמאל גרייט פאר איר מאן וועט האבן אזעלעכע וואוילע קינדער וואס זענען אפילו נישט געווען אין די צייטן פון משה רבינו; מען קען זיך נישט פארשטעלן די שכר פון א פרוי וואס איז אלעמאל גרייט פאר'ן מאן.


נאך זאגן חז"ל (ברכות יז.) אז דער אייבערשטער געבט א גרעסערע שכר פאר פרויען ווי פאר מענער, ווייל די פרויען ווארטן אפ די מענער און ראטעווען זיי פון עבירות.


דעריבער בעט איך אייך איר זאלט ווייטער זיין שטארק מיט אייער צניעות, אויך זאלט איר שטענדיג גיין אנגעטון שיין און צוזאמגענומען, דורכדעם וועט איר האבן חן אין אייער מאן'ס אויגן און זוכה זיין צו לעבן באהבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#107 - וואס טו איך אז מיין מאן איז א פארשלעפטער?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די טאג טעגליכע שיעורים, איך הער אויס אלע שיעורים און איך בין זיך זייער מחיה מיט זיי.


איך מיט מיין מאן קומען זיך זייער גוט אויס ב"ה, אבער מיין מאן האט א פראבלעם אז ער איז זייער א פארשלעפטער, און דאס שטערט מיר זייער שטארק. איך וויל נישט זיין ווי זיין מאמע און אים זאגן וואס צו טון, אבער פון די אנדערע זייט האב איך געהערט אמאל אין א שיעור אז אמאל מעג א פרוי יא זאגן פאר'ן מאן "גיי לערן".


ווי אזוי קען איך אים מעורר זיין זיך צו שטעלן אויף די פיס, אן דאס וואס איך זאל זיין ווי א פאליציי וואס שטייט אים אויפ'ן קאפ.


א גרויסן יישר כח פאר'ן נעמען די צייט צו ענטפערן שאלות, און איך וויל בעטן אז אויב מ'געבט ארויס דעם בריוו, זאל מען שרייבן נאר די ענטפער, נישט די שאלה, ווייל מיין מאן ליינט די פראגעס און איך וויל אים נישט וויי טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר לעבט גוט מיט אייער מאן; וויסן זאלט איר אז עס איז נישט דא קיין חשוב'ערע זאך ביים אייבערשטן ווי אז מאן און ווייב לעבן בשלום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עוקצין ג, יב): "לֹא מָצָא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלִי מַחֲזִיק בְּרָכָה לְיִשְׂרָאֵל אֶלָּא הַשָּׁלוֹם", ביים אייבערשטן איז דער גרעסטער זאך – שלום; ווען מען לעבט בשלום איז מען זוכה צו אלע ברכות.


דאס וואס איר שרייבט אז איר זענט מער פלינק, אבער אייער מאן איז מער פארשלעפט און דאס שטערט אייך זייער וכו'; בעט איך אייך זייער איר זאלט נישט מאכן פון דעם קיין עסק נאר לעבן מיט ליבשאפט און שלום.


מענטשן מיינען אז מען קען נאר זיין בשלום ווען ביידע האבן די זעלבע מיינונגען און די זעלבע נאטורן, דער רבי זאגט אבער פארקערט, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פ) אז שלום איז דוקא ווען מען שטעלט צוזאם צוויי פארקערטע נאטורן און מען לעבט אינאיינעם, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן די מלאכים. זאגט דער רבי: "כִּי זֶה הַמַּלְאָך מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", ווייל איין מלאך איז פייער און איין מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", וואס דאס זענען צוויי פארקערטע זאכן, ווייל וואסער לעשט אויס פייער און פייער טרוקנט אויס וואסער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", און דער אייבערשטער מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען; זעט מען אז דאס איז דער עיקר שלום, מחבר צו זיין צוויי פארקערט זאכן, עיי"ש.


אזוי אויך זעט מען אז ביי איין פארפאלק איז דער מאן פייער, מער א שטערקערע נאטור און די ווייב וואסער – מער א ווייעכערע נאטור, ווידער ביים צווייטן איז פארקערט - זי איז פייער און ער איז וואסער; אבער שלימות איז ווען ביידע ווילן איין זאך: אויפשטעלן אן ערליכן שטוב, ערליכע אידישע דורות, קינדער און קינד'ס קינדער וואס וועלן דינען דעם הייליגן באשעפער.


אז איר וועט רעדן מיט אים און זיך אויסשמועסן מיט אים וואס עס שטערט אייך וועט עס נאר העלפן, דאס מיינט נישט אז מען ווערט ווי א מאמע אדער א פאליס לעדי, נאר פשוט זיך דורך רעדן וואס דאס וועט נאר מאכן בעסער; זאלט איר מיט אים שמועסן און אים אויפמערקזאם מאכן אויף די זאכן וואס באדערן אייך - אבער נאר מיט ליבשאפט און שלום.


זייט'ס נישט ברוגז אז איך לייג די שאלה פאר'ן רבים, ווייל אזוי ווי איר זענט נישט די איינציגסטע מיט דעם פראבלעם וועלן נאך אידן האבן פון דעם התחזקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#106 - מעג מען ליינען גוי'אישע ביכער איבער שלום בית?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט אויס די שיעורים, און איך בין זיך מחיה מיט זיי, ס'האט מיר שוין געלערנט אסאך אין לעבן.


מיט עטליכע יאר צוריק איז ארויסגעקומען א געוויסע בוך פון א גויטע איבער שלום בית, דער בוך איז געווארן זייער שטארק אויפגעכאפט אין די אלגעמיינע וועלט, אבער אויך אסאך היימישע פרויען פון דא אין ניו יארק זענען געווארן זייער באגייסטערט פון די הדרכה פון דעם בוך.


איך האב נישט געוואלט ליינען דעם בוך, פארוואס זאל איך זיך לערנען פון א גוי ווי אזוי צו פירן א אידישע שטוב, א "מקדש מעט". אבער מיינע חבר'טעס רעדן מיר זייער שטארק צו דאס צו קויפן און ליינען, זיי טענה'ען אז "חכמה בגוים תאמין", איך ווייס נישט אויב דאס מיינט טאקע דאס, און איך ווילן וויסן אויף למעשה אויב ס'איז כדאי צו נעמען השקפה פון גוים אויף שלום בית, אויב ס'איז נישט קעגן די תורה.


און אויך וויל איך פארשטיין פארוואס אזויפיל היימישע ערליכע פרויען, וואס וויל בויען ערליכע אידישע שטיבער, ווערן אזוי שטארק צוצוגעצויגן צו הערן וואס א גוי האט צו זאגן ווי אזוי צו בויען א שטוב.


יישר כח, פון א פרוי וואס וויל בויען אן ערליכע תורה'דיגע שטוב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


זייער גוט טוט איר אז איר ליינט נישט דעם בוך וואס א גוי'טע האט געשריבן; וואס זאלן מיר טון אז אידישע קינדער זענען אזוי שטארק איינגעזינקען אין גלות, מען לעבט שוין אזויפיל יאר צווישן די אומות העולם וואס דורכדעם כאפט זיך אריין אין אידישע שטובער גוי'שע דיעות.


עס זענען דא זייער שיינע ספרים אויף שלום בית פון ערליכע אידן; עס איז נישט גוט צו ליינען ביכער וואס גוים שרייבן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געשריבן וואונדערליכע ספרים אויף שלום בית וואס איז שוין דא היינט אויף אפאר שפראכן. אין לשון הקודש איז דא: "אוצר שלום בית", אין אידיש איז דא עטליכע שיינעס ספרים: "מכבד זיין די ווייב"; "מכבד זיין דעם מאן"; "שלום אין שטוב"; "זיך גט'ן איז נישט די עצה"; אזוי אויך איז דא אין ענגליש עטליכע ספרים. דאס זאלט איר ליינען, וועט איר וויסן ווי אזוי צו בויען א ערליכע שטוב.


איך בעט אייך זייער איר זאלט בלייבן שטארק מיט אייער ערליכע וועג און איר זאלט נישט אריין נעמען אין שטוב קיין שום בוך וואס קומט פון גוים, און אויך נישט פון אידיש'ע שרייבער'ס אן אן הסכמה פון אן ערליכער רב. פונקט אזוי ווי ווען עס קומט אריינצוברענגען עסן און טרינקען וועט איר נישט אריין נעמען אין שטוב נאר א זאך וואס האט א גוטע הכשר, נאך אסאך מער דארף מען אכטונג געבן ביים ליינען, כדי מען זאל נישט ווערן פארכאפט מיט שלעכטע דעות.


בויט אייער שטוב אויף די וועג פון די תורה נישט אויף חבר'טעס; ווען איר זעט ביי א חבר'טע א מעגעזין וואס זעט אויס אידיש לויפט דאס נישט קויפן. ווען איר וועלט געוויסט ווער דער שרייבער איז וואלט איר אים דאך נישט אריין גענומען אין שטוב, אזוי אויך זאלט איר נישט אריין נעמען זיינע געשריבענע ארטיקלען.


ווען איר האט אפאר איבעריגע מינוט נעמט דעם ספר תהילים און זאגט אפאר קאפיטלעך תהילים; שמועסט מיטן אייבערשטן און בעט'ס אים: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו האבן א ערליכע אידישע שטוב און קענען מגדל זיין מיינע קינדער און אייניקלעך מיט אמונה און יראת שמים".


אין דעם זכות וואס איר האלט אייער שטוב זויבער און ריין, וועט איר זוכה זיין צו האבן הצלחה אין אלע אייערע וועגן.

#105 - ווי אזוי קען א פרוי אפוואשן די נשמה פון שמוציגע פלעקן?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תשובה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ווען א מענטש טוט עבירות, אפילו ער טוט תשובה, בלייבט נאך איבער שלעכטע זאכן אין אים פון די עבירות, אזוי ווי ווען א מענטש הערט אויף רויכערען, בלייבט נאך איבער די סימנים אויף זיינע לונגען. און דער ראש ישיבה שליט"א האט דארט געזאגט אז די איינציגסטע עצה צו רייניגן די נשמה אינגאנצן איז נאר דורכ'ן לערנען תורה.


איז מיין שאלה וואס קען א פרוי טון אפצואוואשן די פלעקן פון די נשמה? א פרוי לערנט דאך נישט קיין תורה?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תשובה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "רַבִּי מֵאִיר אוֹמֵר: גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה - שֶׁבִּשְׁבִיל יָחִיד שֶׁעָשָֹה תְּשׁוּבָה מוֹחֲלִין לְכָל הָעוֹלָם כּוּלוֹ", תשובה איז אזוי גרויס, אז ווען א מענטש טוט תשובה איז מען מוחל פאר אים און פאר די גאנצע וועלט.


ווען א מענטש זאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, זיי מיר מוחל אויף מיינע שלעכטע מעשים. זיי מיר מוחל אויף ... וואס איך האב געטון; איך זאג דיר צו אז איך גיי עס מער נישט טון. איך האב עס נישט געטון פון מיין אייגענע ווילן, נאר איך האב אזא גרויסער יצר הרע וואס ברענט אין מיר, און ווארפט מיר אראפ אין עקלדיגע מעשים. טאטע זיסער, האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר אז איך זאל נישט טון קיין נארישקייטן, העלף מיר אז איך זאל זיין פרייליך און נישט נאכלויפן קיין שלעכטע מעשים", איז מען אים מוחל און מען איז מוחל פאר יעדן איינעם.


אזוי זאלט איר רעדן צום אייבערשטן; איר זאלט אים דערציילן אלעס וואס איז אריבער אויף אייך.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך; אז עס רעדט זיך בעסער אין אידיש זאל מען רעדן צום אייבערשטן אין אידיש, אז עס רעדט זיך בעסער אין ענגליש זאל מען רעדן אין ענגליש - יעדער איינער אויף זיין שפראך, איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלעס.


ווי מער א מענטש רעדט צום אייבערשטן ווערט ביי אים שטערקער זיין אמונה, און איינמאל אז מען האט אמונה איז מען זוכה אז דער אייבערשטער איז מוחל אויף אלע עבירות. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", אז מען האט אמונה איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות.


ביי פרויען איז נישט שייך לימוד התורה, ווייל א פרוי איז פטור פון לערנען תורה, וואס איז יא שייך ביי פרויען? אויפציען ערליכע דורות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה פרעגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין?" די פרויען לערנען דאך נישט קיין תורה, אויף וואס גייען זיי באקומען שכר? ענטפערט די גמרא: "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא, וּבְאַתְנוּיֵי גַבְרַיְיהוּ בֵּי רַבָּנָן, וְנָטְרָין לְגַבְרַיְיהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנָן", מיט דעם וואס זיי טראגן די קינדער אין חדר און מיט דעם וואס זיי ווארטן אפ זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים פון לערנען די הייליגע תורה אויף דעם וועלן זיי באקומען שכר; א פרוי וואס ציט אויף אירע קינדער לתורה ולמעשים טובים איז דאס אזוי ווי זי אליינס לערנט און דאס איז איר זכות.


דערפאר, אז איר ווילט פאררעכטן אייערע מעשים, זאלט איר מחנך זיין אייערע קינדער לתורה ולמעשים טובים.

#104 - אז א פרוי דארף שערן די האר, איז טאקע אזוי הארב?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז שווער פאר מיין ווייב צו שערן די האר, אפשר קענט איר שרייבן איבער דעם ענין פון שערן די האר ביי חתונה געהאטע פרויען. איז עס טאקע אזוי הארב, אדער איז עס נאר א תקנה פון די ועד ארבע ארצות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, נר ד' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א פרוי וואס שערט זיך אפ איר האר נאך איר חתונה; עס איז א סגולה פאר קינדער צדיקים, פאר עשירות און פאר אלעס גוטס. קוק וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער; א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


דאס וואס מען זעט ביי געוויסע פרויען אז זיי פלעגן גיין אפגעשוירן און שפעטער זענען זיי מחליט צו בלייבן מיט זייער האר וכו'; רוב מאל רעדט זיך דאס פון פרויען וואס זענען אריבער א שווערע יוגנט השם ישמרינו, אדער האט מען זיי געטשעפעט און גע'רודפ'ט אדער אויסגענוצט וכו' רחמנא לצלן, און אלץ רעזולטאט זענען זיי זייער צעקלאפט אינעווייניג, דערפאר טוען זיי דאס און זיי טוען זיך אן נישט בצניעות מיינענדיג אז דאס וועט זיי מאכן שפירן גוט.


דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט צו זיי, אז מען זאל נישט צופיל פארלאנגען זי זאל זיך אפשערן ווייל דאס וועט נאר ערגער מאכן, מען דארף שיין רעדן איבער דאס גרויסקייט דערפון באופן כללי - נישט דירעקט.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג עס זאל אריין גיין א רוח טהרה אין דיין ווייב; מיט תפילה והתבודדות קען מען אלעס פועל'ן.


דא האסטו א תפילה צו בעטן יעדן טאג:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ בֶּעט דִּיר זֵייעֶר, לֵייג אַרַיין אַ הֵיילִיגְקַייט אִין מַיין וַוייבּ זִי זָאל אַכְטוּנְג גֶעבְּן אַז אִיר הָאר זָאל זַיין אִינְגַאנְצְן צוּגֶעדֶעקְט; אִיךְ הָאבּ זֵייעֶר מוֹרָא פוּן דָאס וָואס עֶס שְׁטֵייט אִין זֹהַר הַקָדוֹשׁ (נָשֹׂא קכה.) אוֹיף אַ פְרוֹי וָואס גֵייט מִיט אוֹיפְגֶעדֶעקְטֶע הָאר, אַז זִי אִיז גוֹרֵם עֶס זָאל זַיין אָרֶעמְקַייט אִין שְׁטוּבּ, אִירֶע קִינְדֶער וֶועלְן נִישְׁט מַצְלִיחַ זַיין אוּן זֵיי וֶועלְן נִישְׁט זַיין חָשׁוּב, אַזוֹי אוֹיךְ אִיז זִי גוֹרֵם אַז דֶער ס"מ זָאל זַיין אִין אִיר שְׁטוּבּ.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, יֶעדֶעס מָאל אִיךְ רֶעד צוּ מַיין וַוייבּ וֶועגְן אִירֶע הָאר וֶוערְט זִי בְּרוֹגֶז אוֹיף מִיר אוּן זִי וִויל נִישְׁט הֶערְן וָואס אִיךְ זָאג אִיר. אִיךְ וֵוייס נִישְׁט וָואס צוּ טוּן, פוּן אֵיין זַייט וִויל אִיךְ אִיר נִישְׁט וַויי טוּן, אִיךְ וִויל לֶעבְּן מִיט אִיר בְּשָׁלוֹם אוּן מִיט לִיבְּשַׁאפְט, אָבֶּער פוּן דִּי אַנְדֶערֶע זַייט וִויל אִיךְ טוּן דַיין וִוילְן אוּן אִיךְ וִויל אוֹיפְשְׁטֶעלְן אַ שְׁטוּבּ מִיט עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, זִי טוּט עֶס נִישְׁט פַאר שְׁלֶעכְטְקַייט, זִי וֵוייסְט פָּשּׁוּט נִישְׁט דִּי הַארְבְּקַייט דֶערְפוּן. אָנָּא הַשֵּׁם, אִיךְ בֶּעט דִּיר מַיין זִיסֶער בַּאשֶׁעפֶער: "אַתָּה חוֹנֵן לְאָדָם דַּעַת", דוּ גֶעבְּסְט פַארְשְׁטַאנְד פַאר אַלֶעמֶען, גֶעבּ מִיר אַ וֶועג וִוי אַזוֹי אִיךְ זָאל קֶענֶען רֶעדְן מִיט אִיר, אַז זִי זָאל פַארְשְׁטֵיין דִּי הַארְבְּקַייט דֶערְפוּן אוּן זִיךְ אָפְּשֶׁערְן אִיר הָאר אַזוֹי וִוי דִּי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים הָאבְּן אוּנְז גֶעלֶערְנְט".


וויסן זאלסטו אז אויף די וועלט דארף מען האבן אסאך סבלנות; מען קען נישט ארויפצווינגען קיין שום זאך אויף די ווייב, מען דארף אריין לייגן אסאך ליבשאפט אין שטוב און האבן אסאך סבלנות ביז מען פועל'ט. געב איר אסאך ליבשאפט ווי אויך גוטע ווערטער און הער אויס אירע ווייטאגן וואס זי איז אריבער; מיט תפילה וועסטו אלעס פועל'ן.


א ליכטיגן חנוכה.

#103 - איך שפיר פארקנעכטעט צו מיין מאן, וואס זאל איך טון?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה א פיינער מאן, ער ברענגט אהיים געלט פאר אלעס וואס פעלט אויס, אבער עס שטערט מיר אז ער מאכט מיר אסאך משוגע און הייסט מיר טון זאכן אינדערהיים פאר אים וואס איך האב נישט ליב.


מיר האבן טאקע נישט קיין גרויסע קינדער, אבער איך פיל ווי פארקנעכטעט צו אים אז איך מוז זיך אנטון און זיך אויפפירן אינדערהיים פונקטליך לויט זיין געשמאק, און זיך אינגאנצן צושטעלן צו זיינע פארלאנגען.


מוז איך עס טאקע טון? אדער אויב ס'איז א זאך וואס איך מיין ס'איז נישט נארמאל מעג איך אים זאגן אז איך וויל דאס נישט טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נישט אלעס קען מען שרייבן, בפרט ווען מען הערט נישט ביידע צדדים; מיט דעם אלעם וועל איך אייך ענטפערן אין קורצן.


שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב מיט איר חכמה און א נארישע פרוי צעברעכט איר שטוב מיט אירע אייגענע הענט; מען דארף וויסן און געדענקען אז די היינטיגע דור איז זייער שטארק געפאלן, די נסיונות זענען זייער גרויס, די פריצות אויפן גאס איז געפערליך און מען קען זייער גרינג דורכפאלן אין הארבע עבירות. דעריבער דארף א פרוי זיין קלוג און אייביג זיין גרייט פאר איר מאן; ווען דער מאן זעט אז זיין ווייב איז שטענדיג גרייט פאר אים און איז מיט אים אלעמאל, וועט דאס אים אפהיטן פון שלעכטס.


דאס וואס איר שפירט זיך פארקנעכטעט וכו'; די בעסטע זאך איז אז איר זאלט זיין אפן מיט אייער מאן און אים מסביר וואס באדערט אייך, אז א פאר-פאלק ווילן האבן 'שלום בית' דארף מען זיך ארויס רעדן איינער דעם צווייטן, נישט דער מאן קען באצווינגען די ווייב און נישט די ווייב קען באצווינגען דעם מאן; אויב איר שפירט זיך פארקנעכטעט זאלט איר אים דאס זאגן שיינערהייט, אפשר ווייסט ער פשוט נישט ווי אזוי צו רעדן.


בנוגע וואס ער פארלאנגט פון אייך וכו'; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק ט): "אֵיזוֹהִי אִשָׁה כְּשֵׁרָה? כָּל שֶׁעוֹשָׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", ווער איז אן ערליכע פרוי? א פרוי וואס טוט רצון בעלה, זי איז שטענדיג גרייט פארן מאן וכו', דאס הייסט אן ערליכע פרוי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער חכמה ווי פאר א מאן"; דארף א פרוי זען אויסצוניצן איר חכמה אויפצובויען איר שטוב.


אין די וועלט איז אנגענומען אז דער מאן דארף זיין דער וואס הייבט אן געבן ליבשאפט פאר די פרוי און דערנאך געבט די פרוי צוריק ליבשאפט, אבער ווען א פרוי נוצט איר שכל וועט זי נישט ווארטן אז דער מאן זאל איר געבן ליבשאפט און ערשט נאכדעם וועט זי צוריק ווייזן ליבשאפט, נאר פארקערט - זי וועט ערשט אנהייבן געבן ליבשאפט פאר אים, וועט דער מאן איר צוריק געבן גוטע וועטער און איר געבן ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#102 - אפשר קענט איר מיר געבן חיזוק אויף טהרת המשפחה?
שלום בית, קדושה, רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא שרייבט א פרוי פון ארץ ישראל, צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען אויף אלע שיעורים וואס איך הער כסדר און עס געבט מיר אסאך חיזוק.


איך האב חתונה געהאט פאר דריי יאר צוריק, און מיר האבן נאכנישט קיין קינדער. עס הערט זיך נישט אזוי סאך, אבער למעשה האבן מיר אנגעהויבן צו גיין צו דאקטורים שוין א האלב יאר נאך די חתונה, און זייט דעמאלט האבן מיר פיל פראבלעמען וכו', און איך דארף חיזוק פאר טהרת המשפחה. איך פארשטיי אז דער אייבערשטער האט עס געהייסן פאר'ן טובה פונעם מענטש, אבער אין אונזער מצב זע איך נישט וואס די טובה איז, פארוואס פאדערט דאס דער אייבערשטער פון מיר? און ווי אזוי קען איך זיך שטארקן?


איך האף איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן, א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט אכטונג נישט צו מזלזל זיין אין די הרחקות וכו'; אז מען היט נישט קיין הרחקות באקומט מען זייער א גרויסער עונש. די הייליגע חכמים זאגן אונז (שבת יג.): אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטראבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי איז ארומגעלאפן אין אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): 'כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ', ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", און קיינער האט נישט געוויסט וואס איר צו ענטפערן, איינמאל – דערציילט אליהו הנביא - בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: "אוודאי האבן מיר געהאלטן טהרת המשפחה!" האט איר אליהו הנביא אויסגעפרעגט פונקטליך צי זי קען די הלכות פון טהרת המשפחה, ביז זי האט מודה געווען אז זיי האבן נאכגעלאזט אין די הרחקות; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'ט.


איר ווארט אויף קינדער דארפט איר דאך זכותים, זאג איך אייך צו אז אין זכות וואס איר וועט אפהיטן טהרת המשפחה, איר וועט האלטן אלע הרחקות אזוי ווי עס דארף צו זיין, וועט איר זוכה זיין צו געזונטע קינדער.


מיר האלטן די תורה נישט ווייל מיר פארשטייען מיט אונזער שכל אז דאס איז גוט, מיר היטן תורה ומצוות ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן; דער הייליגער רבי האט אוועק געמאכט די טעמי המצוות (עיין חיי מוהר"ן, סימן תיא), דער רבי האט געזאגט אז די מצוות זענען העכער פון אונזער שכל און פארשטאנד, און וויפיל טעמים מיר וועלן זאגן אויף די מצוות פונעם אייבערשטן וועלן מיר דאס נישט פארשטיין; מיר דארפן פאלגן דעם רצון השם וואס ער האט אונז געהייסן טון בתמימות ופשיטות, און זיך פרייען אז מיר טוען זיין רצון.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין זכות וואס איר זענט זיך מוסר נפש צו האלטן די הלכות און הרחקות זאלט איר בקרוב זוכה זיין צו געזונטע קינדער.


איר וועט מיר אודאי מודיע זיין א גוטע בשורה בקרוב.

#101 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין מאן לערנען? פארוואס דארף מען יענעם אוועקמאכן?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס געבט מיר אסאך חיזוק אין אמונה און תפלה, די שיעורים זענען זייער געשמאק און לייכט, און עס גייט אריין אין די ביינער.


איך האב ב"ה זייער א חשובער מאן, איך האלט זייער שטארק פון אים, ער איז זייער אן ערליכער און וואוילער מאן, עס באדערט מיר נאר אז ער לערנט נישט קיין תורה.


איך האב פיל געהערט פון אייך פון די חשיבות פון זאגן תורה, איך וואלט זיך אזוי שטארק געפריידט ווען מיין מאן וואלט דאס געטון, איך ווייס אז ער איז אריבער א שווערע תקופה זייענדיג א בחור אין ישיבה, ער האט נישט געהאט קיין חברותות און דעריבער נישט געהאט קיין חשק צו חזר'ן, און ער פלעגט דערפאר באקומען גאר נידריגע צייכענונגען אויף די בחינות, און קען זיין אז דעריבער וויל ער יעצט נישט לערנען.


איך געב אכטונג נישט צו ווערן זיין "משגיח", איך הייס עס קיינמאל נישט גיין לערנען, אבער איך פרוביר ארויסצואווייזן ווי שטארק איך וואלט זיך געפריידט ווען ער וואלט יא געלערנט, יעדעס מאל ער דערמאנט עפעס א תורה'דיגע זאך, אדער ער קוקט עפעס נאך, ווייז איך ארויס א שמחה דערפון, אויך ווען מיר הערן צוזאמען די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א פרעג איך אים וואס ער האלט וועגן דעם, איך האב אבער מורא אים צו זאגן אפן אז איך וויל ער זאל לערנען. אפשר דארף איך דאס יא טון?


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, איז דא נאך עפעס אן עצה וואס איך קען טון דערצו?


גלייכצייטיג האב איך געוואלט מעורר זיין, מיט'ן פולסטן מאס רעספעקט, אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל נישט אוועקמאכן אנדערע רבי'ס און חסידות'ער. אסאך מאל ווען איך הער ווי דער ראש ישיבה שליט"א פרעגט א בחור וואס קומט פון אן אנדערע קרייז, און מאכט אוועק יענע קרייז, זאגנדיג וואס באקומסטו פון דיין רבי, טוט מיר דאס זייער וויי. איך באלאנג צו אן אנדערע חסידות, און איך באקום פון מיין רבי חיזוק און עצות פאר'ן לעבן, און אויך בין מחונך געווארן מיט אמונה און אז דער אייבערשטער ווארט מיר זאלן רעדן צום אים ווי צו א חבר, פון דעסט וועגן בין איך מכבד יעדן איינעם מיט זיין קרייז און שיטה. אויב ברסלב פארקויפט גוטע זאכן, קען מען דאך רעדן בלויז פון דעם, פארוואס פעלט אויס אוועקצומאכן אנדערע?


איך בעט איבער אויב איך האב נישט געשריבן מיט דרך ארץ, און נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער אסאך אינגעלייט און בחורים ווילן נישט לערנען צוליב דעם וואס מען האט זיי פארשעמט אין די יונגע יארן, ווען זיי זעען א גמרא קומט זיי ארויף אלטע ווייטאגן, בזיונות און שפיכות דמים וכו' וואס זיי זענען אדורך אין די יונגע יארן. אבער באמת ווען זיי וואלטן ווען געוויסט ווי זיס די הייליגע תורה איז וואלטן זיי גארנישט געוואלט חוץ תורה, אזוי ווי דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם פון אנשי שלומינו (עיין שיחות הר"ן, סימן יז): "איינמאל די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, וועסטו שוין גארנישט וועלן, נאר די תורה".


היות אייער מאן איז דאס אריבער אין זיינע יונגע יארן האט דאס גורם געווען אז ער זאל מער נישט וועלן לערנען. יעצט אז איר ווילט וויסן וואס איר קענט טון ער זאל יא לערנען תורה? אזוי ווי איר טוט יעצט זאלט איר ווייטער טון - ביתר שאת וביתר עוז; איר זאלט אים ווייטער מחזק זיין, מעודד זיין און ארויס ווייזן ווי שטארק איר שעצט זיין לערנען און דאווענען; ווען ער לערנט און דאוונט זאלט איר אים אויפהייבן. דאס וועט מאכן ער זאל לערנען מער און מער.


איר זאלט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן אז איר זאלט האבן א שטוב וואס פירט זיך מיט די תורה און אייער מאן און קינדער זאלן לערנען די הייליגע תורה; ווען איר צינדט אן די שבת ליכט און איר שטייט מיט די הענט אויפן פנים זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער! העלף מיין מאן זאל לערנען, דאווענען און זיין א צדיק; העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן לערנען, דאווענען און זיין ערליכע אידן צדיקים"; אזוי זאלט איר בעטן אן א שיעור מאל, וועט דער אייבערשטער עפענען זיין הארץ און ער וועט לעבן מיט די תורה.


בנוגע פארוואס מען דארף אוועק מאכן וכו'; דער פראגע איז ממש פלאי פלאים... עס איז נישט דא נאך אזא פארשעמטע רבי און פארשעמטע חסידות ווי ברסלב! קיינער וויל נישט אנערקענען ברסלב און א ברסלב'ער חסיד איז צו שאנד און צו שפאט ביי אלע חסידות'ן. ווען מען דערוויסט זיך אז א בחור אדער א אינגערמאן איז אנגעקומען קיין ברסלב הייבט מען אן חוזק מאכן און אים אויפמערקזאם מאכן אז עס איז נישט פאר אים, און ווען מען וויל זיך שטארקן מיט וואס מיר זענען זוכה וכו' הייסט דאס אז אונז מאכן אוועק אנדערע?! אז מען לייגט אריין שטארקייט אין פרישע תלמידים זיי זאלן נישט ווערן נתפעל פון לצים און פון די וואס לאכן אפ וכו', דאס הייסט אז מען בויעט זיך אויף אוועק מאכן?!


ווען איינער קומט און ווארפט זיך ארויף אויף מיר און וויל מיך דערווערגן, מעג איך יענעם אראפ ווארפן פון מיר? אדער דא וועט מען אויך שרייען: "פארוואס דארף מען אים אראפ ווארפן?" און "מען ווערט נישט גרעסער אז מען ווארפט יענעם אראפ!" אדער דא פארשטייט יעדער אז איך זוך נישט יענעם אראפווארפן נאר פשוט יענער זאל מיר אפלאזן און מיר לאזן לעבן?!


ברסלב דארף נישט יענעם אוועק מאכן זיך צו בויען, ווייל עס איז נישט דא נאך א רבי וואס האט אזוי פיל סחורה צו פארקויפן ווי דער הייליגער רבי און עס איז נישט דא א פלאץ וואו די תלמידים באקומען פון זייער רבי אזוי סאך ווי די ברסלב'ע חסידים, וואס דער רבי מאכט זיי אליינס פאר גרויסע צדיקים.


מען האט אמאל געפרעגט מוהרא"ש וואס איז די נפקא מינה צווישן ברסלב און אנדערע חסידות'ן, האט מוהרא"ש געענטפערט: "ביי אנדערע רבי'ס טאנצן די חסידים ארום דעם רבי'ן, אבער אין ברסלב טאנצט דער רבי ארום יעדן חסיד"; דאס איז מורא'דיג מגדיר געווען אין געציילטע ווערטער וואס מען איז זוכה דא ביים הייליגן רבי'ן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלה): "מיין גאנצע נחת און תענוג איז ווען איך זע ווי מיינע תלמידים פירן זיך מיט יראת שמים און דינען דעם אייבערשטן. איך האב אלעס מפקיר געווען; מיין לעבן, מיין ווייב און מיינע קינדער - אלעס נאר פאר ענק, "הַאִם לֹא הָיִיתִי יָכוֹל לִהְיוֹת מְפֻרְסָם וּמַנְהִיג שֶׁקּוֹרִין 'גוּטֶער אִיד' כְּמוֹ כָּל הַמַּנְהִיגִים, שֶׁנּוֹסְעִים הַחֲסִידִים אֲלֵיהֶם וְאֵינָם יוֹדְעִים עַל מָה נוֹסְעִים, וְחוֹזְרִים וְשָׁבִים וּבָאִים וְאֵינָם יוֹדְעִים מַה בָּאִים, וואלט איך נישט געקענט זיין א רבי פונקט ווי אלע רבי'ס וואס די חסידים ווייסן נישט פארוואס מען פארט צום רבי'ן, און ווען מען קומט אהיים ווייסט מען נישט מיט וואס איז מען צוריק געקומען?!" פארוואס גייט מען צו א רבי? וואס איז א רבי? אז ער קען מיר מאכן פאר א צדיק, אז ער קען מיר צוברענגען צום אייבערשטן, אז ער מאכט מיר לערנען און דאווענען.


אויפן רבי'ן וועט סיי ווי זיין טענות און מחלוקת; דעם רבינ'ס מאמע די צדיקת פייגא איז געווען א בעלת רוח הקודש און זי האט געזען וואס גייט זיין מיט איר הייליג קינד, אירע הייליגע ברודער פלעגן איר רופן "פייג'עלע די נביאת'טע", ווערט דערציילט אז בשעת דעם הייליגן רבינ'ס ברית האט דער רבי'ס מאמע געבעטן איר ברודער דער הייליגער צדיק רבי ר' ברוכל פון מעז'בוז זכותו יגן עלינו: "ברוכ'ל - אזוי האט זי אים גערופן - וואונטש אן פארן קינד אז מען זאל נישט קריגן אויף אים", האט דער הייליגער צדיק רבי ברוכ'ל איר גענטפערט: "פייגעלע דאס קען נישט זיין, עס איז פארפאלן, מען מוז קריגן אויף אים (קוקט נאך אין ספר פעולת הצדיק אות כא)".


דער אייבערשטער זאל העלפן אז די וועלט זאל שוין אננעמען די לימודים פון רבי'ן, די לימודים וואס משיח וועט אויסלערנען פאר די וועלט. דער לימוד וואס דער בעל תפילה האט אויסגעלערנט, ער פלעגט זאגן (ספורי מעשיות, מעשה יב): "עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף דער וועלט, נאר צו דינען דעם אייבערשטן"; אז עס איז נישט דא קיין אנדערע עצה אויסער תפילה, ביז מיר ווילן ארויס גיין פון אונזער גלות.

#100 - זאלן מיר זיך אנשטרענגען צו האבן נאך קינדער?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער שוין לאנג די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און ס'האט פשוט געטוישט מיין בליק אויפ'ן לעבן.


איך בין א פרוי, צען יאר נאך די חתונה, מיר האבן שוין ב"ה צוויי קינדער, נאך פילע טיפולים ביי דאקטורים, און יעצט וויל איך שוין האבן נאך קינדער. מיין מאן האט נישט קיין חשק פאר נאך טיפולים, ער זאגט אז אויב דער אייבערשטער וויל אונז שיקן דארפן מיר זיך נישט אזוי שטארק אנשטרענגען, איך וויל אבער יא, און די דאקטורים זאגן אז זיי זעען נישט קיין שום פראבלעם ביי אונז.


ס'איז מיר שווער זיך צו האלטן רואיג מיט אמונה, איך וויל נאר לויפן צום דאקטער, איך האף איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן און זאגן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס דעם אייבערשטן אויף די צוויי ליכטיגע מתנות וואס ער האט אייך געשאנקען; פארוואס זאלט איר לויפן צו דאקטורים מאכן טיפולים?! טאנצט פאר שמחה פאר די מתנות מיט וואס דער אייבערשטער האט אייך מזכה געווען.


בשעת א פרוי צינדט די שבת ליכט איז זייער א גרויסער עת רצון; אלע טירן פון הימל עפענען זיך אויף און מען קען אלעס פועל'ן. דארפאר זעט צו בעטן פונעם אייבערשטן בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט אויף אלעס וואס איר דארפט, בפרט אויף קינדער.


ווען איר זאלט ווען וויסן וואספארא כוחות א פרוי האט מיט אירע תפילות, בפרט ווען זי צינדט אן די שבת ליכט יעדע וואך וואלט איר אויסגענוצט די צייט און געבעטן דעם אייבערשטן אויף געזונט, אויף קינדער און אויף נחת; עס איז א שאד אז פרויען ווייסן נישט ווי חשוב זייערע תפילות זענען און ווי אזוי אויסצוניצן זייער צייט דעמאלט. דארפאר זעט צו בעטן פונעם אייבערשטן בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט אויף אלעס וואס איר דארפט.

#99 - אויף וואס דארף מען פארקוקן ביי זיווג שני?
שידוכים, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי פון ארץ ישראל, א גרושה, איך זוך יעצט א פרישע שידוך אבער ס'גייט נישט אזוי גרינג.


איך הער כסדר פונעם ראש ישיבה שליט"א אז מ'טאר זיך נישט צופיל וועלן ביי א שידוך, מ'טאר נישט אפזאגן שידוכים ווייל ס'פאסט מיר נישט אזוי שטארק, איך ווייס אבער נישט ווי ווייט דאס גייט, דארף איך פארקוקן אפילו אויף רוחניות'דיגע זאכן, אויב ער איז נישט אזוי ערליך, אדער נאר פארקוקן אויף גשמיות'דיגע זאכן, ווי יחוס כבוד און געלט? אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען קלארשטעלן אויף וואס דארף מען יא פארקוקן און אויף וואס נישט.


אויך וויל איך וויסן ווי אזוי צוצוגיין צו א שידוך וואס מ'טראגט אן, מוז עס גיין דוקא דורך א שדכן, אדער מעג איך אליין רעדן מיט'ן מדובר, ווייל אלס גרושה איז נישט אייביג גרינג צו גיין דורך א שדכן, איז אויסגעהאלטן אליין צו רעדן מיט דעם וואס מ'טראגט אן, און נישט גיין דורך א שדכן?


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח אנצוגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען געדענקען וואס חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה און האב חתונה; מען דארף חתונה האבן ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן און נישט זיין קלויבעריש.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ב): עס איז געווען א מלך וואס האט געבויט פאלאצן ביים ים וכו', דער מלך האט נישט געהאט קיין ווייב – זאגט דער רבי – ווייל ער האט זיך נישט געקענט אויסקלויבן; די וואס ער האט געוואלט האט אים נישט געוואלט און אזוי אויך פארקערט, די וואס האבן אים געוואלט האט ער נישט געוואלט, דא איז דער רבי מרמז אז מען דארף זיך אכטונג געבן נישט צו זיין קלויבעריש, נאר אראפ גיין א שטאפל און חתונה האבן.


דער עיקר דארף מען קוקן אויף ערליכקייט; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ז'): א מענטש וואס לעבט נישט מיטן אייבערשטן איז ערגער פון א חי', ווייל אז א מענטש לעבט נישט מיט יראת שמים איז ער מסוגל צו הרג'נען א צווייטן, אזוי ווי אברהם אבינו האט געזאגט פאר אבימלך (בראשית כ, יא): "כִּי אָמַרְתִּי רַק אֵין יִרְאַת אֱלֹקִים בַּמָּקוֹם הַזֶּה וַהֲרָגוּנִי"; ווייל א מענטש אן יראת שמים איז נישט קיין מענטש.


יעקב אבינו האט נישט געוואלט געבן זיין טאכטער דינה פאר עשיו הרשע און דערפאר האט ער באקומען אן עונש. זאגט מוהרא"ש, יעקב אבינו איז ענדערש גרייט געווען צו באקומען אן עונש ווי איידער געבן זיין טאכטער פאר עשיו הרשע; ווייל די הייליגע חכמים זאגן אונז (פסחים מט:): "כָּל הַמַשִׂיא בִּתּוֹ לְעַם הָאָרֶץ כְּאִילוּ כּוֹפְתָהּ וּמַנִּיחָהּ לִפְנֵי אֲרִי", אויב איינער מאכט חתונה זיין טאכטער צו אן עם הארץ איז כאילו ער בינדט זיין טאכטער און לייגט איר פאר א לייב; ווייל איינער וואס לעבט נישט מיטן אייבערשטער איז מסוגל צו שלאגן און הרג'נען די ווייב.


בנוגע צי איר זאלט גיין דורך א שדכן אדער אליינס רעדן וכו'; ווי אזוי עס קומט אייך אויס גרינגער זאלט איר טון. דער עיקר זאלט איר זייער אכטונג געבן פון דער פיינט וואס רופט זיך: "צייט", אזוי ווי דער מאמר החכם לויטעט: "הִזָּהֵר מִן הַזְמַן כִּי הוּא אוֹיֵב רָע מְּאֹד"; אז מען וויל נישט אוועק לייגן די גאוה, נאר מען קלויבט זיך און מען קלויבט זיך, איז ביז מען כאפט זיך איז מען שוין פארעלטערט וכו'.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט בקרוב טרעפן א שידוך און מיר מבשר זיין א גוטע בשורה.

#98 - ווי אזוי קען איך בארואיגן מיין ווייב, וואס ווערט זייער אנגעצויגן פאר יעדן יום טוב?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אמונה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין א הערליכע רואיגע שטוב ב"ה, פון מיט אמונה פשוטה, ווי אזוי דער אייבערשטער פירט איז, און אפילו ווען ס'קומט א שוועריקייט שטארקט מען זיך אז דער אייבערשטער פירט זיכער אלעס צום גוטן, און דער אייבערשטער וועט זיכער העלפן אז אלעס וועט אריבערגיין בשלום.


דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב חתונה געהאט מיט מיין ווייב, זייער א וואוילע פרוי, די שלום בית איז געוואלדיג ב"ה, מ'העלפט זיך און מ'איז איבערגעגעבן איינער צום צווייטן, מיר האבן ב"ה עטליכע ליכטיגע קינדער, און איך שפיר ממש ווי די שכינה רוהט ביי מיר אין שטוב, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


דער פראבלעם איז אבער אז מיין ווייב נעמט זייער שווער ווען ס'דא אסאך ארבעט אין שטוב, דאס מאכט זיך ספעציעל פאר יעדן יו"ט, זי קען נישט נעמען דעם געדאנק אז ס'גייט קומען אזויפיל ארבעט, זי ווערט געפערליך נערוועז דערפון און איך קען איר ממש נישט בארואיגן, עד כדי כך אז זי קען בכלל נישט הנאה האבן פון א יו"ט, זי קען קוים ווארטן דער יו"ט זאל אריבערגיין און מ'זאל צוריקגיין צום נארמאלן סדר היום.


און דער פראבלעם ווערט גרעסער אז איך האב ממש נישט קיין וועג ווי אזוי איר צו העלפן, אויב שאר איך זיך ארויף די ארבל און נעם זיך העלפן, ווערט זי זייער צעבראכן ווייל דאס מאכט איר שפירן אז זי קען נישט אליין טון די ארבעט, און זי הייסט מיר גלייך אויפהערן. אויב העלף איך נישט און איך מאך זיך נישט וויסנדיג, ווערט זי זייער ברוגז, און מיט רעכט, פארוואס איך פארשטיי איר נישט. אויב רעד איך יא, איך ווייז ארויס מיטגעפיל און איך זאג איר אז איך פארשטיי ווי שווער ס'איז איר ארבעט זיך אפצוגעבן מיט'ן אזויפיל זאכן, מיט קאכן, איינקויפן קליידער, און אכטונג געבן אויף די קינדער,  מאכט דאס איר אויך נישט רואיג אויפ'ן הארצן, זי הויבט אן וויינען און זיך אפרעדן אויף זיך אליין אז זי איז אזוי שלעכט, אז זי קען נישט אנקומען צו טון איר ארבעט ווי עס דארף צו זיין, עס שטערט איר זייער אז איך קען זיך האלטן רואיג אפילו אין אנגעצויגענע מצבים, און זי קען דאס נישט באווייזן.


און דאס איז נישט נאר ממש פאר יו"ט, נאר חדשים פריער קען זי זיך שוין זארגן וואס זי גייט טון ווען ס'גייט קומען יו"ט, אדער אן אנדערע פארנומענע צייט, ווי אזוי וועט זי קענען אניאגן מיט אלעס.


איך מיין אז זי האט ב"ה די כוחות אלעס צו טון, נאכדערצו ווען איך לייג צו א האנט, און מיר האבן נאך הילף אויך פון רוימערקעס, איך מיין אז איר פראבלעם איז נאר אין מח, זי איז ב"ה געזונט און שטארק בגוף ובנפש, נאר ווען ס'קומט צו דעם ענין ווערט איר מח פארקנאקט, און זי קען נישט גלויבן אז זי וועט עס קענען באווייזן.


איך וואלט ווען געדארפט מער אריינברענגען אמונה פשוטה אין שטוב, אז דער אייבערשטער געבט נישט פאר א מענטש א נסיון אדער שוועריקייט וואס ער קען נישט פארנעמען, דארף איך אויך וויסן א וועג ווי אזוי מ'ברענגט אריין אמונה אין שטוב, נישט אז איך בין שוין אינגאנצן אויסגעארבעט מיט א ריינע אמונה, אבער איך שפיר אז ווען איך וועל אריינברענגען מער אמונה אין מיר און אין מיין ווייב, וועט אלעס גיין כשורה.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן אין דעם ענין.


א גרויסן יישר כח.


מענדל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מענדל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו אליינס שרייבסט דעם ענטפער ווי אזוי דו קענסט בארואיגן דיין ווייב - נאר דורך אמונה.


וויסן זאלסטו אז אמונה איז די רפואה פאר אלע פראבלעמען וואס מענטש ליידן לא עלינו; בפרט גייסטישע פראבלעמען. אלע נערוון, פחדים, דמיונות וכו' וכו' קומט מחמת חסרון אמונה, און ווי מער א מענטש חזר'ט זיך איין די פשוט'ע ריינע אמונה אלץ מער ווערט מען רואיג און פרייליך, מען לעבט נישט מיט קיין לחץ און מען האט נישט קיין פחדים וכו'.


אויף דיין פראגע ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו לעבן מיט אמונה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צו ברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כי כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; ביי אנשי שלומינו איז דער תורה די צוואה פון רבי'ן, דעם תורה 'תקעו תוכחה' האט דער רבי געזאגט דעם לעצטן ראש השנה פון זיין לעבן (עיין פעלת הצדיק, סימן תתרט).


דער הייליגער רבי - ער לערנט אונז אויס צו האבן אמונה; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל", אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן. דער רבי לערנט אונז אויס מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן אויף אונזער מאמע לשון, דאס אליינס ברענגט אמונה. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי"; ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן פונעם אייבערשטן אלץ שטערקער ווערט איינגעבאקן אין אים די אמונה.


די ערשטע זאך זאלסטו יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז דיין ווייב זאל זיין געזונט, מאך זיך א תפילה אין אידיש: "רבונו של עולם איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן וואס דו האסט מיר געגעבן, איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו געבסט מיר און פאר מיין ווייב און קינדער; איך בעט דיר טאטע זיסער, העלף מיין ווייב זי זאל האבן כח אויפצוציען די קינדער געזונטערהייט, זי זאל נישט ווערן דערשראקן פאר א יום טוב וכדומה"; אזוי זאלסטו בעטן פאר איר זי זאל האבן שטארקע נערוון און נישט צעפאלן ווערן פון אסאך ארבעט, וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


צווייטנס בעט איך דיר זייער דו זאלסט ווייטער האבן סבלנות צו דיין ווייב; וואויל איז דיר אז דו רעדסט צו איר שיינע ווערטער און דו בארואיגסט איר. מיין נישט אז דיינע ווערטער טוען נישט אויף ווען דו פרובירסט איר צו מחזק זיין און זי קלאפט זיך נאך אלץ אראפ וכו', ווער נישט פארלוירן ווען זי וויינט צו דיר און זי קלאפט זיך אראפ אז זי קען נישט טון אלע ארבעט וכו'; דו זאלסט איר ווייטער אויסהערן און איר ווייטער מחזק זיין, ווייז איר אז דו פארשטייסט איר - וועט זיך אלעס איבער דרייען.


מען דארף האבן אסאך סבלנות אין לעבן - בפרט ווען עס קומט צו שלום בית; דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "איך וואלט ווען געדארפט שרייבן אויף דברים שבינו לבינה וויפיל בענדער ליקוטי הלכות איך האב געשריבן"; ווען א פרוי שפירט ווי איר מאן פארשטייט איר צער און ווייטאג דאס אליינס בארואיגט איר.


דריטנס זאלסט אריין נעמען אין דיר אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און אלעס וואס מיר זען אויף דער וועלט איז נאר דער אייבערשטער. דער אייבערשטער האט זיך פארשטעלט אין דומם, צומח, חי און מדבר עס זאל אויס זען ווי עס איז דא א וועלט.


אז דו וועסט האבן א ריינע אמונה וועט דאס ממילא אריין גיין אין דיין שטוב, אין דיין ווייב און קינדער און מען וועט שפירן א אמת'ע רואיגקייט אין שטוב.

#97 - ווי אזוי באקום איך צוריק די שטארקע אמונה וואס כ'האב אמאל געהאט?
התחזקות, חיזוק פאר פרויען, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי פון ארץ ישראל, און זייט איך בין געוואויר געווארן פון אייערע שיעורים האט איך באקומען א נייע לעבן, סיי איך און סיי מיין מאן זענען זיך מחזק מיט די שיעורים, און מיר לעבן ב"ה מיט א שטארקע אמונה, מיר לעבן מיט אייבערשטן ביי אונז אין שטוב.


איך וויל פרעגן איבער דעם וואס אין די ערשטע תקופה ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים און די ניגונים האב איך ממש געשפירט דעם אייבערשטן מיט מיר, איך האב ממש געפילט בחוש אז אלעס קומט נאר פון אויבן, אבער יעצט האב איך שוין נפילות יעדע שטיק צייט, איך ברוגז אויף פשוטע זאכן, און איך פיל אז איך בין גארנישט ווערד, און דאס מאכט מיר זייער צעבראכן.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען חיזוק אויף די נושא, און נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו פלעגט זיך פירן יעדעס יאר מוצאי ראש השנה צו מאכן א סעודה און דערביי דערציילן פאר זיינע תלמידים וואס זיי האבן געבעטן ראש השנה און וואס זיי האבן גע'פועל'ט. איין יאר בשעת די סעודה איז דארט געזעצן א איד דער וואסער טרעגער פון שטאט, ער האט אויך געוואלט וויסן וואס מען האט אים אנגעשריבן אין הימל, האט ער געפרעגט דעם מעזריטשן מגיד: "רבי, וואס האב איך געבעטן און וואס האט מען מיר גענטפערט?" האט דער הייליגער מעזריטשער מגיד זי"ע אים געזאגט: "דו האסט געוויינט ביים דאווענען צום אייבערשטן פארוואס דיין פרנסה איז צו זיין א וואסער טרעגער, א גאנצן טאג שלעפסטו וואסער און ווען דו רוסט זיך אפ דעמאלט כאפסטו אריין אפאר קאפיטלעך תהילים, דאס יאר ווילסטו זיצן א גאנצן טאג אין בית המדרש און זיך נישט מוטשען מיט ברענגען פרנסה, נאר דינען דעם אייבערשטן גרינגערהייט", ווען דער וואסער טרעגער האט דאס געהערט האט זיין פנים אויפגעשיינט, ער רופט זיך צום מעזריטשן מגיד: "טאקע דאס האב איך געבעטן", און ער פרעגט מיט נייגעריגקייט וואס מען האט אים למעשה אנגעשריבן, האט אים דער הייליגער מעזריטשער מגיד זי"ע געענטפערט: "אין הימל האט מען געלאכט פון דיר", פרעגט דער וואסער טרעגער: "איך האב אזוי שלעכט געבעטן, פארוואס האט מען פון מיר געלאכט?" זאגט אים דער מעזריטשער מגיד אזוי: "אין הימל האט מען געזאגט אז אויב דו וועסט זיצן א גאנצן טאג אין שול וואס דארף מען דיר האבן... דער אייבערשטער האט בילי-ביליאנען מלאכים וואס דינען אים אן זיך מוטשען אויף פרנסה און אן קיין יצר הרע, דער אייבערשטער וויל דוקא הערן דיינע קאפיטלעך תהילים וואס דו כאפסט ארויס אינמיטן דיין ארבעט, ער וויל הערן ווי דו לויבסט אים ווען עס איז דיר שווער".


מיר זאגן יום כיפור ביים דאווענען: "וְאָבִיתָ תְהִילָה מִגּוּשֵׁי עָפָר, מִקְּרוּצֵי חֹמֶר (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד', אות ט)", דער אייבערשטער וויל דוקא אונזער לויב; אין הימל זענען דא מלאכים, שרפים, חיות ואופני הקודש וואס גייען און שטייען און פאלן נישט אראפ, דאך האט דער אייבערשטער באשאפן דער וועלט ווייל ער וויל האבן א נחת רוח פון אונז מענטשן וואס גייען, פאלן און הייבן זיך אויף.


דעריבער זאל אייך נישט וויי טון אז איר האט נפילות, דאס איז נאר געמאכט אייך צו מקרב זיין איר זאלט אנהייבן מיט א פרישקייט דינען דעם אייבערשטן; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", אין דעם זענען זיך ערליכע אידן טועה ווען זיי שפירן פלוצלינג א ירידה, זיי שפירן ווי זיי האבן פארלוירן זייער ברען און חשק וואס זיי האבן געהאט און עס דאכט זיך זיי אז זיי זענען אראפגעפאלן, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו'; מען טאר נישט קוקן אויף דעם נאר ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.

#96 - ווי אזוי נעם איך אראפ די קללה וואס קומט ווען די פרוי שערט נישט די האר?
חיזוק פאר פרויען, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט אין א בריוו וואס איר שרייבט אז א פרוי וואס שערט נישט די האר ברענגט א קללה אויף איר שטוב, וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען אראפנעמען די קללה פון מיין הויז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א מענטש וואס טוט תשובה; ווען מען טוט תשובה, מען הייבט אן גיין אויף די וועג פון די תורה דאן נעמט מען אראפ פון זיך אלע עונשים און אלע קללות. די אלע עונשים וואס שטייט אין די תורה איז ווען דער מענטש קערט זיך נישט צוריק צום אייבערשטן, אבער אז דער מענטש טוט תשובה נעמט ער אוועק פון זיך און פון די גאנצע וועלט אלע דינים. דעריבער אז איר וועט אכטונג געבן צו גיין בצניעות, איר וועט אראפ נעמען אייער האר, וועט איר אראפ נעמען פון אייער שטוב אלע קללות און איר וועט אריין ברענגען אין אייער שטוב דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער, וואס מען איז זוכה צו דעם דורך זיך פירן בצניעות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יומא מז.): "שִׁבְעָה בָּנִים הָיוּ לָהּ לְקִמְחִית", עס איז געווען א פרוי וואס האט געהייסן קמחית, זי האט געהאט זיבן קינדער, "וְכֻלָּן שִׁמְּשׁוּ בִּכְּהוּנָה גְדוֹלָה", און אלע זענען געווען כהנים גדולים אינעם בית המקדש. "אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים: מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּ? האבן די חכמים איר געפרעגט: וואס האסטו געטון אז דו האסט זוכה געווען צו דעם? האט זי געזאגט, "מִיָּמַי לֹא רָאוּ קוֹרוֹת בֵּיתִי קְלָעֵי שַׂעֲרִי", איך האב אכטונג געגעבן אז די ווענט און די דאך פון מיין הויז זאלן נישט זען מיין האר; זעט מען פון דעם אז ווען מען פירט זיך מיט צניעות האט מען נחת פון די קינדער.


אויך זאלט איר אכטונג געבן פון היינט און ווייטער אז אייערע קליידער זאלן זיין צניעות'דיג, איר זאלט נישט אנטון קליידער וואס זענען קורץ, טייט אדער אויסגעשניטן וכו'.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז א פרוי גייט אנגעטון צניעות'דיג, וועט זי זוכה זיין צו גוטע קינדער; ווער וויל נישט זוכה זיין צו גוטע קינדער?! איר זעט דאך וואס גייט פאר אין אונזער דור, וויפיל אידישע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, וויפיל בחורים און מיידלעך פאלן אוועק טאג טעגליך, דערפאר אז דער רבי געבט א עצה און א הבטחה: "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", דארפן מיר זיך דאך צוכאפן צו דעם און פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, וועלן מיר האבן ערליכע קינדער און שעפן נחת פון זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל מקוים ווערן ביי אייך (דברים כג, ו): "וַיַּהֲפֹךְ ה' אֱלֹקֶיךָ לְּךָ אֶת הַקְּלָלָה לִבְרָכָה, כִּי אֲהֵבְךָ ה' אֱלֹקֶיךָ.

#95 - וואס טוט מען מיט א פראבלעם אין די אויגן?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, סוכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך אייך דאנקען אויף די געוואלדיגע חיזוק און עצות וואס איר געבט, סיי ביי די דרשות און סיי ביי די בריוו.


איך האט ב"ה חתונה געהאט שוין א שיינע פאר יאר, א וואוילע ווייב מיט ליכטיגע קינדערלעך, דער פראבלעם איז אבער אז מיין ווייב ליידט פון א געוויסע געזונטהייט פראבלעם אין די אויגן, און דאס שטערט זייער שטארק אונזער לעבן. מיין ווייב האט גאר גרויס דרוק פון דעם פראבלעם, און איך ארבעט זייער שווער פאר פרנסה פון פארטאגס ביז זיבענע ביינאכט, און מיט דעם אלעם מוטשע איך זיך אהיימצוברענגען ברויט אין שטוב, ווייל די אלע דאקטורים און טערעפי קאסט אפ שווערע געלטער, און מיר זעען נישט קיין ישועה.


איך דארף פשוט האבן וויכטיג חיזוק אז איך זאל נישט משוגע ווערן פון אזויפיל לחץ, איך האף איר וועט מיר קענען מחזק זיין, און מתפלל זיין פאר מיר.


א גרויסן יישר כח, לוי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וזאת הברכה, י"ד תשרי, ערב חג הסוכות, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד לוי נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם די רפואה פון הייליגן רבי'ן; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ראיה, סימן י): "הִסְתַּכְּלוּת עַל אֶתְרוֹג הוּא רְפוּאָה לִכְאֵב עֵינַיִם", קוקן אויפן אתרוג איז א רפואה פאר אויגן ווייטאג; דעריבער פירן זיך אנשי שלומינו ברסלב'ע חסידים צו קוקן אויף די אתרוג דורכאויס דעם גאנצן יום טוב סוכות כדי צו האבן א רפואה אויף די אויגן - ברוחניות ובגשמיות. זאג דיין ווייב זי זאל קוקן אויפן אתרוג, אזוי וועט זי האבן א רפואה אויף די אויגן, זי וועט ארויס גיין פון אלע פראבלעמען און פון אלע לחצים.


נעמט אריין דעם אייבערשטן אין אייער לעבן וועט איר אוועק נעמען פון זיך אלע דינים; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן יד): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ כְּאֵב עֵינַיִם אוֹ כְּאֵב מֵעַיִם, בְּיָדוּעַ שֶׁדִּינִין שׁוֹרִין עָלָיו", ווער עס האט אויגן ווייטאג אדער בויך ווייטאג איז א סימן אז דינים רוען אויף אים; די עצה אוועק צו נעמען דינים פון זיך - אז מען זאל אריין נעמען דעם אייבערשטן אינעם לעבן, מען זאל גלייבן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און עס איז נישט דא אזא זאך ווי טבע, מקרה, מזל, נאר אלעס קומט פון אים, דעמאלט ווערן בטל אלע דינים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כה): "מִי שֶׁדִּינִין שׁוֹרִין עָלָיו, יִסְתַּכֵּל בְּכָל פַּעַם עַל הַשָּׁמַיִם", אויב מען האט אויף זיך דינים זאל מען כסדר קוקן אויפן הימל; אזוי וועט מען זיך דערמאנען אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וואס ער פירט די גאנצע וועלט, ער מאכט אלעס און טוט אלעס, דעמאלט ווערט בטל אלע דינים און אלע שלעכטס.


אז מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם לעבן ווערן בטל אלע דינים און מען לעבט א חיים טובים. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (סנהדרין סז:): א כישוף מאכער'ן האט געוואלט מאכן כישוף אויפן הייליגן אמורא רבי חנינא, האט איר רבי חנינא געזאגט: "אִי מִסְתַּיְּיעַת זִילִי עֲבִידִי, אֵין עוֹד מִלְּבַדּוֹ כְּתִיב", דו קענסט פראבירן מאכן כישוף וויפיל דו ווילסט איך האב אבער נישט מורא פון דיר, ווייל עס שטייט אין די תורה (דברים ד, לה): "אֵין עוֹד מִלְּבַדּוֹ", עס איז גארנישט דא אויסערן אייבערשטן; זעט מען פון דעם אז ווען מען לעבט מיטן אייבערשטן ווערן בטל אלע דינים און אלע כישוף.


מאך פרייליך דיין ווייב וועט זי אויסגעהיילט ווערן פון אלע פראבלעמען; דו זיי איר טערעפיסט ווייל דו קענסט איר אויסהיילן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכט.): "בְּרַתֵּיהּ דְּרַב חִסְדָּא טָבְלָה בְּגוֹ תְּלָתִין יוֹמִין שֶׁא בִּפְנֵי בַּעְלָהּ וְאִצְטְנִיאַתְּ, רבא'ס ווייב - זי איז געווען רב חסדא'ס טאכטער - האט זיך פארקילט; רבא איז דעמאלט נישט געווען אין שטוב ער איז געווען אין ישיבה אין פומבדותא, "וְאַמְטוּי לְעַרְסָה בַּתְרֵיהּ דְּרָבָא לְפוּמְבַּדִיתָא", האט מען איר געטראגן מיט איר בעט קיין פומבדיתא וואו רבא איז געווען ראש ישיבה און זי איז אויסגעהיילט געווארן, עיין שם; זעט מען אז דער מאן איז דער וואס דארף מחזק זיין און פרייליך מאכן די ווייב מיט גוטע ווערטער און מיט ליבשאפט, דעמאלט גייען אוועק אלע פראבלעמען און אלע קראנקהייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן דיין ווייב זאל האבן א רפואה שלימה.

#94 - איך מוטשע זיך מיט ספיקות אין הלכה שאלות, וואס איז די עצה?
הלכה, חיזוק פאר פרויען, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די דרשות וואס געבט מיר אסאך חיזוק, ספעציעל ווען איר רעדט פון תפלה.


איך בין א מאמע פון קליינע קינדער, און איך מוטשע זיך מיט אסאך ענקזייעטי אין הלכה, בעיקר אין בין אדם לחבירו און אין בשר בחלב. איך טראכט א גאנצן צייט אפשר האב איך איינעם געזאגט א ווארט וואס האט יענעם געטשעפעט, אפשר האב איך אמאל גערעדט לשון הרע, און ס'פייניגט מיר כסדר אז איך דארף יעדן איבערבעטן. און אויך אין קאך האב איך אלץ מורא אז אפשר טויג עפעס נישט מיט די טעפ, איך שפיר קיינמאל נישט זיכער אז ס'האט זיך נישט אפשר אויסגעמישט עפעס מילכיגס און פליישיגס.


אפשר האט איר פאר מיר אן עצה אדער א תפלה וואס וועט מיר העלפן?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען מען האט א שאלה אין סיי וואספארא נושא - צי אין קאך מיט בשר בחלב, אדער אין הלכות טהרה וכו' דארף מען פרעגן א דיין. און אז דער דיין זאגט אז דאס איז גוט דארף מען וויסן אז דאס איז גוט, עס עקזעסטירט נישט קיין איבער קלערן און איבער טראכטן, ווייל ווי אזוי דער דיין פסק'ענט אזוי איז דער הלכה.


ווען עס קומט צו פרעגן א שאלה טאר מען זיך נישט שעמען; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא הַבַּיְּשָׁן לָמֵד"; יעדע שאלה וואס מען האט - סיי אין הלכה סיי אין מנהג - דארף מען פרעגן אן ערליכן רב. דאס איז דער גאנצער איד; אז יעדע זאך וואס ער טוט דארף זיין צוגעבינדן צו די תורה. אזוי אויך אויב האט מען חס ושלום א דין ודברים מיט א צווייטן אפילו עס רעדט זיך איבער א פרוטה, ווייל (סנהדרין ח.): "דִּין פְּרוּטָה כְּדִּין מֵאָה", איין פרוטה האט די זעלבע הלכה ווי הונדערט פרוטות, דארף מען גיין צו א רב ער זאל פסק'ענען וואס צו טון און חס ושלום זיך אליינס פסק'ענען ביי קיין שום פאל.


דאס וואס איר זענט קיינמאל נישט זיכער מיט זיך, איר האט אלץ מורא וכו'; דארפט איר וויסן וואס דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן - דאס זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס זענען בלויז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "דְּהַיְנוּ מַה שֶׁחוֹשֵׁב וְחוֹקֵר וּמְדַקְדֵּק בְּיוֹתֵר, אִם הוּא יוֹצֵא כָּרָאוּי בַּמֶּה שֶׁעוֹשֶׂה", דאס וואס מען טראכט צי מען איז יוצא די מצוה וואס מען טוט - צי נישט; מען איז מדקדק און מען האלט אין איין אריין טראכטן: 'אפשר בין איך נישט יוצא, אפשר בין איך יא יוצא', דאס אלעס ברענגט דערצו אז דער מענטש זאל אלעס אפלאזן רחמנא לצלן. "כִּי בָּשָׂר וָדָם אִי אֶפְשָׁר לוֹ שֶׁיֵּצֵא יְדֵי חוֹבָתוֹ בִּשְׁלֵמוּת", ווייל א מענטש קען נישט יוצא זיין די מצוות פונעם אייבערשטן בשלימות, "וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא' וְכוּ'", דער אייבערשטער זוכט נישט א וועג ווי אזוי ער קען אונז כאפן און אויפווייזן אז מיר קענען נישט טון די מצוות, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן, "וְלֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", נישט פאר קיין מלאכים, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", און די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין, וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט און לעבן אלץ אין ספיקות, ווייל די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו זיין פרייליך און נישט איבער טראכטן, מיט תפילה וועט איר ארויס גיין פון אלע אייערע שוועריקייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#93 - תיקון הכללי איז אויך פאר פרויען?
חיזוק פאר פרויען, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו. איך האב געוואלט פרעגן אויב דאס זאגן "תיקון הכללי" איז נאר פאר מענער, אדער איז עס אויך פאר פרויען צו זאגן?


יישר כח, חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן דעם "תיקון הכללי"; דאס איז א תיקון פאר יעדן איינעם - סיי פאר מענער סיי פאר פרויען - אויף אלע עבירות בכלליות. יעדע עבירה האט זיין ספעציעלע תיקון ווי אזוי מען איז דאס מתקן, אבער דער תיקון הכללי איז כלול פון אלע תיקונים.


א מענטש וואס וויל פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען זאל זאגן דעם "תיקון הכללי", די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ).


דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רה) אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן, ווייל אז מען זאגט די צען קאפיטלעך פאררעכט מען אלסדינג.


דער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז אסאך צדיקים האבן געוואלט משיג זיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון דער וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון.


נאך האט דער רבי געזאגט (שם): "איר וועט זען אן אינטערסאנטע זאך; צען קאפיטל תהילים צו זאגן איז בכלל נישט קיין שווערע זאך, דאך, וויבאלד איך האב דאס געהייסן זאגן וועט דאס אנקומען זייער שווער צו זאגן"; ובעוונותינו הרבים איז עס מקיום געווארן אז רוב וועלט זאגט דאס נישט, צוליב די מחלוקת וואס עס איז דא אויפן רבי'ן, עיין שם.


וואויל איז דעם וואס פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות, דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס ער דארף פאררעכטן, און ער וועט זוכה זיין צו פרנסה און צו אלע ישועות, אזוי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט) אז דער "תיקון הכללי" איז מסוגל פאר פרנסה און פאר אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#92 - זאל איך מחזק זיין מיין מאן צו לערנען ביינאכט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך קודם באדאנקען פאר אלע שיינע שיעורים, ס'איז פשוט מחיה נפשות.


איך בין פון ארץ ישראל, מיין מאן האט ב"ה א שטארקע חשק צו תורה, ער לערנט כמעט א גאנצן טאג אין כולל, און ער לערנט אויך א כולל אינמיטן די נאכט נאך חצות. אסאך מאל איז אים זייער שווער אויפצושטיין אינדערפרי, און איך וויל וויסן אויב איך דארף אים מחזק זיין אויף דעם.


איך האב אים געזאגט ער זאל ענדערש גיין אין א פארמיטאג כולל, ער טענה'ט אבער אז ס'איז זייער געשמאק צו לערנען ביינאכט ווען ס'איז רואיג און שטיל, למעשה קומט אבער אויס אז ער איז זייער מיד בייטאג, צו שמחות גייט ער כמעט נישט ווייל ער דארף אויפשטיין חצות, און אויב גייט ער יא צו א שמחה בלייבט ער שוין אויף נאכדעם די גאנצע נאכט ווייל ער וויל נישט פארפאסן די כולל.


זאל איך אים מחזק זיין אנצוהאלטן די נאכט כולל, אדער אים פרובירן אפצורעדן דערפון?


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר האט זוכה געווען צו האבן א מאן וואס לערנט פלייסיג די הייליגע תורה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבועות ל:): "אֵשֶׁת חָבֵר הֲרֵי הִיא כְּחָבֵר", מען דארף געבן כבוד פאר די ווייב פון א תלמיד חכם פונקט אזוי ווי מען דארף מכבד זיין א תלמיד חכם, ווייל אין איר זכות קען ער לערנען פלייסיג די הייליגע תורה. אזוי ווי חז"ל זאגן (ברכות יז.): "אֲמַר לֵיהּ רַב לְרַבִּי חִיָּא: נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן?" אויף וואספארא גוטע מעשים באקומען די פרויען שכר, זיי האבן דאך נישט די מצוה פון לערנען די הייליגע תורה? האט אים רבי חייא געענטפערט: "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן, וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", פארן שיקן די קינדער אין חדר לערנען תורה, און פארן אפווארטן די מענער ביים אהיים קומען פון כולל וואו זיי לערנען תורה - אויף דעם וועלן זיי באקומען שכר.


דעריבער זאלט איר אים ווייטער מחזק זיין ער זאל לערנען די הייליגע תורה; ווען ער וועט זען ווי איר שעצט אים און איר האלט אים חשוב וועט דאס ברענגען ער זאל לערנען נאך מער פלייסיג. ווייל די מערסטע חיזוק באקומט מען פון די ווייב; אז א ווייב קוקט ארויף איר מאן מיט זיין לערנען און זיין אויפשטיין פארטאגס לערנען פלייסיג, וועט דער מאן האבן כח ממשיך צו זיין מיט זיין עבודת השם, דאס געבט כח אויפצושטיין פארטאגס לערנען.


דעריבער אז ער וויל לערנען ביינאכט זאלט איר אים נאר מחזק זיין און שעצן, וועט איר זוכה זיין צו באקומען די געוואלדיגע שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#91 - אונזער קשר איז נישט גוט, וואס טוט מען?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לעב גוט מיט מיין מאן, ער איז זייער וואויל צו מיר, ער איז א גוטער מאן, איך האב אבער א פראבלעם בדברים שבינו לבינה, און דאס שטערט אונזער קשר, און ס'ווערט נאר ערגער.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רוב פראבלעמען וואס מאכן זיך צווישן מאן און ווייב קומט ווייל מען לערנט מיט חתנים און כלות פאלשע לימודים. די אלע וואס לערנען מיט חתנים און כלות פרושות און חומרות - זענען עתיד ליתן את הדין; די אלע חומרות האבן נישט קיין שום מקור אין שלחן ערוך, און דאס ברענגט צו אז מען זאל זיך נישט פארשטיין וכו' ביז עס ווערט חס ושלום א גט.


עס איז דא אסאך צו שרייבן אין די ענינים, אבער עס איז זייער שווער צו שרייבן פון דעם מפני הצניעות; די בעסטע זאך וואלט געווען אז איר זאלט זיך פארבינדן מיט אן ערליכע פרוי וואס וועט אייך לערנען ווי אזוי צו לעבן מיט א מאן אן קיין חומרות. זי וועט אייך ווייזן ווי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געלעבט מיט זייערע ווייבער באהבה ואחוה ושלום וריעות, נישט ווי מען פארקויפט פאר אינגעלייט און ווייבלעך.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער און אונז שיקן אמת'ע מנהיגים וואס זאלן אונז מדריך זיין מיט די הייליגע תורה, ביז מיר וועלן אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן גלות בכלליות, און בפרטיות - יעדער איינער פון זיין אייגענע גלות.

#90 - איך האב אזא שווערע לעבן, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
התחזקות, חיזוק פאר פרויען, צרות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס געבן מיר אזויפיל חיזוק אין לעבן, איך האב זיך אויסגעלערנט צו האבן אן אמת'ן קשר מיט'ן רבונו של עולם.


איך בין א פרוי פון ארץ ישראל, שוין חתונה געהאט פאר 27 יאר, מיין מאן איז נישט אינגאנצן געזונט, ער ליידט אויף אוטיזם, ער לעבט אין זיין וועלט און ער פארשטייט נישט און קען נישט טראכטן פון א צווייטן, און די גאנצע עול און אחריות פון די גאנצע שטוב ליגט נאר אויף מיר.


איך האב ב"ה לעצטנס חתונה געמאכט א טאכטער, און בקרוב גיי איך חתונה מאכן א זון, און דאס קאסט אפ שווערע כוחות. ווידער האב איך א בחור וואס איז געגאנגען אין א ישיבה קטנה פאר ספעציעלע בחורים, און יעצט וויל אים קיין איין ישיבה גדולה נישט ארייננעמען.


בקיצור, מיין גאנצע לעבן איז פול מיט שוועריקייטן און נסיונות, איך האב 11 קינדער מיט 12 נסיונות, און איך שפיר ווי איך גיי שוין אראפ פון זינען פון די פילע צרות און שוועריקייטן. כאטש וואס איך רעד אסאך צום אייבערשטן, שפיר איך אבער אז איך מוז אויך האבן א מענטש, א רבי, וואס זאל מיר מחזק זיין צו קענען אנגיין און זיך דערהאלטן אין לעבן. מיין מאן קומט פון א ליטווישע משפחה און ער האלט אז מ'דארף נישט האבן קיין רבי, מ'קען זיך אליין אן עצה געבן, איך שפיר אבער אז איך קען נישט אליין.


איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן חיזוק און הדרכה וואס צו טון ווייטער.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט אז איר האט צוועלף נסיונות; וואס זאל איך אייך זאגן, עס איז נישט דא קיין מענטש אויף דער וועלט וואס האט נישט קיין נסיונות, יעדע מענטש פראבירט מען אויס מיט ביטערע שווערע נסיונות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט): "דִּבֵּר עִמָּנוּ כַּמָּה פְּעָמִים מֵעִנְיַן יִסּוּרֵי עוֹלָם הַזֶּה, שֶׁכָּל בְּנֵי הָעוֹלָם כֻּלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים, אֵין גַּם אֶחָד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ עוֹלָם הַזֶּה", עס איז נישט דא קיינער וואס זאל האבן עולם הזה, "וַאֲפִלּוּ הָעֲשִׁירִים הַגְּדוֹלִים וַאֲפִלּוּ הַשָֹֹּרִים, אֵין לָהֶם שׁוּם עוֹלָם הַזֶּה כְּלָל", אפילו די גרויסע עשירים און גרויסע הארן האבן אויך נישט קיין עולם הזה, "כִּי כָל יְמֵיהֶם כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", זייער גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג און כעס, "וְכֻלָּם מְלֵאִים טְרָדוֹת וּדְאָגוֹת וְעַצְבוּת וְיָגוֹן וַאֲנָחָה תָּמִיד", און זיי זענען שטענדיג פארנומען און פאר'דאגה'ט, דעפרעסט און טרויעריג.


עס איז כדאי איר זאלט אריין קוקן אין די ווערטער פונעם הייליגן רבי'ן (שם) וועט איר זען אז נישט נאר איר האט אייערע צוועלף נסיונות, נאר יעדער איינער אויף דער וועלט האט שווערע יסורים, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְזֶה כּוֹלֵל כָּל בְּנֵי אָדָם שֶׁבָּעוֹלָם מִקָּטֹן וְעַד גָּדוֹל, כִּי כֻלָּם נוֹלְדוּ לְעָמָל וּמְלֵאִים רֹגֶז וְיִסּוּרִין", אין דעם איז אריינגערעכנט יעדער איינער - פון גרויס ביז קליין, אלע מוטשען זיך אויף דער וועלט, "וְאֵין שׁוּם עֵצָה וְתַחְבּוּלָה לְהִנָּצֵל מֵעָמָל וְיָגוֹן הַזֶּה כִּי אִם לִבְרֹחַ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלַעֲסֹק בַּתּוֹרָה", און עס איז נישט דא קיין שום וועג ווי מען קען זיך ראטעווען פון די יסורים נאר אז מען אנטלויפט צום אייבערשטן, מען דערציילט פארן אייבערשטן וואס מען גייט אריבער און מען בעט אים ער זאל רחמנות האבן.


דערפאר זאלט איר אננעמען די עצה פון רבי'ן - אנטלויפן צום אייבערשטן, זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר אים און אים דערציילן פונקטליך וואס עס גייט אויף אייך אריבער; בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך האב א שיינע משפחה פון עלף קינדער קיין עין הרע. איך דאנק דיר אייבערשטער אז מיר האבן שוין חתונה געמאכט אונזער טאכטער און מיר גייען שוין חתונה מאכן אונזער בחור. אייבערשטער איך בעט דיר! געב מיר כח איך זאל קענען ווייטער אנגיין מיט מיין ארבעט אויפצוצוען מיינע טייערע ליכטיגע קינדער, איך זאל זען נחת פון זיי און פון זייערע קינדער.


הייליגער באשעפער, דו ביסט דאך דער 'נותן ליעף כח', העלף מיר איך זאל האבן כח אנצוגיין אין לעבן; עס איז מיר זייער שווער אלעס אליינס צו טון. העלף מיין טייערע מאן ער זאל זיין געזונט און שטארק, ער זאל מיר קענען העלפן מיט די שטוב ארבעט". אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדעס מאל ווען עס ווערט אייך שווער אויפן הארץ, און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות; וועט איר זען די וואונדער וואס דער אייבערשטער וועט מאכן פאר אייך, ווי עס וועט אייך גלייך גרינגער ווערן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט קענען אויפצוען און חתונה מאכן אלע אייערע קינדער און זען נאר נחת פון זיי.


איין זאך בעט איך אייך, ווערט נישט דערשראקן און פארלוירן ווען עס קומען צו גיין שווערע נסיונות; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, סימן ד): "סְגֻלָּה לְבַטֵּל אֶת הַפַּחַד, לִזְכֹּר אַבְרָהָם אָבִינוּ", א סגולה נישט ווערן דערשראקן און פארלוירן, אז מען זאל געדענקען פון אברהם אבינו; לכאורה, וואס העלפט געדענקען פון אברהם אבינו נישט צו ווערן דערשראקן? נאר חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, ג): עֲשָׂרָה נִסְיוֹנוֹת נִתְנַסָּה אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם וְעָמַד בְּכֻלָּם, לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", צען נסיונות האט דער אייבערשטער געברענגט אויף אברהם אבינו און ער האט זיך דערהאלטן און נישט געהאט קיין קשיות אויפן אייבערשטן; מוהרא"ש זאגט נאך פון צדיקים (עיין בספר השל"ה פרשת וירא, דרך חיים תוכחת מוסר, אות מב) אז די צען ביטערע נסיונות גייט אריבער אויף יעדן איינעם, מען פראבירט אויס יעדן איינעם מיט די צען נסיונות, און וואויל איז דעם וואס דערהאלט זיך און גלייבט ווייטער אינעם הייליגן באשעפער; מיט דעם מעסט מען דאס גרויסקייט פון א איד, וויפיל ער דערהאלט זיך.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זען נחת פון אלע אייערע קינדער, צוזאמען מיט אייער מאן זאל זיין געזונט און שטארק.

#89 - וואס זענען די הלכות ביים אפגיסן נעגל וואסער?
הלכה, צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, שאלות, תפלות אויף אידיש, נעגל וואסער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, דאס געבט מיר פילע עצות און חיזוק אין לעבן. איך בין נתעורר געווארן פון די שיעורים אפצוגיסן נעגל וואסער יעדן טאג, דעריבער וויל איך פרעגן עטליכע שאלות וועגן נעגל וואסער.


א. אויב מ'שטייט אויף אינמיטן די נאכט, דארף מען זיך אפגיסן נעגל וואסער?


ב. און אויב יא איז דאס שוין גענוג און מ'דארף זיך נישט נאכאמאל וואשן אינדערפרי?


ג. און אויב וואשט מען זיך אפ אינדערפרי און מען לייגט זיך צוריק נאכדעם בייטאג, דארף מען זיך נאכאמאל וואשן ווען מ'שטייט אויף? דאס איז מיר נוגע ווייל איך געב צו עסן פאר מיין בעבי, און איך קען נישט וויסן ווען איך גיי דארפן אויפצושטיין זיך אפצוגעבן מיט אים.


ד. וויאזוי גיסט מען זיך אפ? איינער זאגט 8 מאל, א צווייטער זאגט 6 מאל, און פון איינעם האב איך אמאל געהערט אז קודם גיסט מען אפ זעקס מאל געהעריג, און דערנאך נאכאמאל דריי מאל אויף די רעכטע הענט און נאכדעם דריי מאל אויף די לינקע האנט. וואס איז די ריכטיגע וועג?


ה. מעג מען נעמען וואסער פאר נעגל וואסער פון א סינק אין בית הכסא אדער פון די וואנע?


ו. אויך דארף מען אפוואשן די הענט פאר די בעבי, ווי אלט דארף מען זיין אז מ'זאל דארפן אפוואשן די בעבי'ס הענט?


ז. ווען מ'געבט צו עסן פאר די בעבי, דארף מען נאכדעם וואשן די הענט יעדעס מאל? איך זיץ אויפ'ן קאוטש און איך געב עסן פאר די בעבי, איך וואלט געוואלט דעמאלט זאגן תהלים, מעג איך דאס טון? אדער דארף איך ווארטן ביז איך ענדיג און איך וואש זיך קודם די הענט?


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים. און א באזונדערע יישר כח פאר די הערליכע פלעי פון די פארלוירענע בת מלך, דאס האט מיר ממש איבערגענומען, איך האב נאכנישט געזען אזא פלעי אין מיין לעבן, און איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון דעם.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעגל וואסער איז א יסוד היסודות אין א אידישע שטוב; גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי דארף מען זיך אפגיסן די הענט. עס זענען דא צוויי טעמים פארוואס מען דארף זיך אפגיסן די הענט ווען מען שטייט אויף אינדערפרי, איין טעם ווייל בשעת מען שלאפט כאפט מען זיך אן וואו מען איז צוגעדעקט און מען ווערט טמא (רא"ש ברכות פרק ט, סימן כג), נאך א טעם (תשובות הרשב"א, חלק א', סימן קצא): ווייל ווען מען שטייט אויף ווערט מען א בריה חדשה, אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, כג): "חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ", און די ערשטע זאך פאר מיר הייבן אן צו טון אונזער עבודה פארן אייבערשטן דארפן מיר זיך וואשן די הענט, אזוי ווי די כהנים וואס האבן זיך געדארפט וואשן די הענט ביים כיור יעדן צופרי זיך צו רייניגן פאר זיי האבן אנגעהויבן די עבודה אין בית המקדש.


דער זוהר הקדוש זאגט (וישב, קפד:) בשעת א מענטש שלאפט גייט ארויף זיין נשמה און עס קומט א רוח טומאה אויפן מענטש, און ווען דער מענטש וועקט זיך אויף קומט זיין נשמה צוריק, דעמאלט גייט אוועק די רוח טומאה פון אים אבער עס בלייבט אויף זיין הענט און טוט זיך נישט אפ נאר דורך נעגל וואסער.


א – דערפאר דארף מען זייער מקפיד זיין גלייך ווען מען שטייט אויף זיך אפצוגיסן נעגל וואסער ביים בעט; אפילו מען שטייט אויף אינמיטן דער נאכט און מען וויל געבן עסן פארן קינד וכדומה - זאל מען זיך אפגיסן נעגל וואסער (משנה ברורה, אורח חיים סימן א, סעיף קטן ב).


ב – אויב מען איז אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט און מען לייגט זיך צוריק שלאפן ווען עס איז נאך נאכט דארף מען זיך נאכאמאל אפגיסן ווען מען שטייט אויף אינדערפרי (משנה ברורה אורח חיים סימן ד', סעיף קטן כז).


ג – אויב מען שלאפט בייטאג - זאגט דער מחבר (שם, סעיף טו) - איז א ספק צי מען דארף זיך וואשן די הענט, דעריבער זאל מען זיך וואשן אן א ברכה (רמ"א, שם). און דאס דארף נישט זיין ביים בעט, נאר מען קען אראפגיין פון בעט, און פאר מען וויל עפעס טון זאל מען זיך וואשן די הענט ביים סינק (אשל אברהם; משמרת שלום סימן א, סעיף קטן ג).


ד – מען גיסט אפ דריי מאל יעדע האנט; אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (שם, סעיף ב): "יְדַקְדֵּק לְעָרוֹת עֲלֵיהֶן מַיִם שָׁלֹשׁ פְּעָמִים, לְהַעֲבִיר רוּחַ רָעָה שֶׁשּׁוֹרָה עֲלֵיהֶן". מען הייבט אן מיט די רעכטע האנט; מען הייבט אויף דעם טעפל מיט די רעכטע האנט און מען געבט דאס איבער אין די לינקע האנט און מען גיסט אפ איין מאל די רעכטע האנט און נאכדעם די לינקע האנט, נאכדעם גיסט מען אפ די רעכטע האנט און אזוי ווייטער - סך הכל דריי מאל די רעכטע האנט און דריי מאל די לינקע האנט (שם, סעיף י). עס זענען דא וואס גיסן א פערדע מאל (משנה ברורה שם, סעיף קטן יא, בשם ספר מעשה רב שכן נהג הגר"א זכותו יגן עלינו), אזוי אויך זענען דא וואס גיסן נאכדעם דריי מאל אויף יעדן האנט (דרכי חיים, שכן נהג הרה"ק מצאנז זכותו יגן עלינו), דאס איז אלעס מנהגים אבער די הלכה איז זיך אפצואוואשן די הענט דריי מאל.


ה – אויב מען האט נישט קיין אנדערע וואסער, נאר פון א קראן וואס געפונט זיך אין בית הכסא קען מען נעמען די וואסער, ווייל די פוסקים זענען דן אויף אונזערע בתי כסאות צי זיי האבן א דין פון א בית הכסא (עיין בשאלות ותשובות מנחת יצחק חלק א, סימן ס).


ו – מען פירט זיך אפצוגיסן אפילו גאר קליינע קינדער (משנה ברורה שם, סעיף קטן י'; בן איש חי פרשת תולדות סימן י) כדי זיי זאלן אויפוואקסן בקדושה ובטהרה; אזוי ווי דער רבי'ס מאמע פיגא די נביאה האט געטון, גלייך ווען דער רבי איז געבוירן געווארן האט זי אים אפגעגאסן די הענט, און אזוי יעדעס מאל ווען דער רבי איז נאך געווען א קליינע בעיבי און דער רבי האט זיך אויפגעוועקט אינמיטן די נאכט, האט זי אים אפגעגאסן נעגל וואסער.


ז – אז מען כאפט זיך אן במקומות המכוסים און מען וויל דאווענען אדער זאגן תהילים דארף מען זיך אפגיסן די הענט (שם, סימן כא), אבער אז מען וויל רעדן צום אייבערשטן קען מען רעדן צו אים; אפילו מען האלט אינמיטן זייגן דאס קינד און מען האט נישט ריינע הענט - קען מען רעדן צום אייבערשטן.


דעריבער זאלט איר זיך נישט צוריק האלטן בשעת'ן געבן צו עסן פארן קינד צו רעדן צום אייבערשטן, ווייל דאס וועט מאכן אז דער קינד זאל וואקסן א גרויסע צדיק. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן יב): "הֶחָלָב שֶׁל צַדֶּקֶת הוּא טוֹב לַתִּינוֹק לְיִרְאַת שָׁמַיִם, וְגַם נוֹתְנוֹת לוֹ מֶמְשָׁלָה בָּעוֹלָם הַזֶּה", מילך פון אן ערליכע פרוי ברענגט יראת שמים פארן קינד; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן מז): "יִזָּהֵר מְאֹד שֶׁלּא יִינַק הַוָּלָד מֵאִשָּׁה רָעָה", מען דארף אכטונג געבן אז דאס קינד זאל נישט זייגן פון אן אשה רעה, "כִּי חָלָב מְטַמֵּא וְחָלָב מְטַהֵר"; זאלט איר אודאי רעדן צום אייבערשטן ווען איר געבט צו עסן פארן קינד, אזוי ארום וועט דאס קינד אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


דער עיקר זאלט איר אכטונג געבן זיך אויפצופירן בצניעות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; איר זאלט זען צו גיין אנגעטון נאר מיט צניעות'דיגע קליידער, און בעטס שטענדיג דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן דיר דינען, קינדער וואס וועלן לערנען און דאווענען און זיך פירן מיט יראת שמים בזכות דעם וואס איך געב אזוי שטארק אכטונג אויף צניעות. אייבערשטער העלף מיר איך זאל מיך קענען שטארקן אויף מיין יצר הרע, און איך זאל שטענדיג געדענקען אז עס לוינט זיך נישט גיין אנגעטון פראסט צו פארלירן מיינע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#88 - ווי אזוי קען איך האבן א פרייליכע יום טוב, ווען מיין מאן פארט קיין אומאן אויף ראש השנה?
אומאן, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס אז דער ראש ישיבה גייט יעצט אנהויבן צו רעדן איבער די גרויסקייט פון פארן קיין אומאן אויף ראש ישיבה, וואס זאל איך אבער טון אז איך ווער ממש קראנק ווען איך טראכט נאר אז מיין מאן גייט מיר איבערלאזן אויף ראש השנה.


איך האב נישט וואו צו גיין אויף יום טוב, איך האב נישט קיין קרובים אדער חבר'טעס וואס זייערע מענער פארן קיין אומאן. און ביי מיינע עלטערן איז א באזונדערע מעשה, מיין מאמע היט ליידער נישט קיין שבת ויום טוב, און מיין טאטע יא, איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן וואס ס'גייט פאר ביי מיינע עלטערן אין שטוב ביי א יום טוב'דיגע סעודה. ביז יעצט בין איך סיי ווי אהינגעגאנגען, אבער יעצט אז מיין קינד שוין עלטער, און ער פארשטייט שוין, קען איך אים נישט צולאזן דאס מיטצוהאלטן. איז מיין איינציגסטע ברירה צו בלייבן אליין אינדערהיים, און פארשטייט זיך אליין אז דאס וועט מיר נישט זיין קיין שמחת יום טוב.


איך האף אז איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן, איך זאל נישט דארפן צוריק האלטן מיין מאן פון פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר גייט אין די וועגן פון די הייליגע תורה און איר געבט אכטונג אויף אייערע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן; איר טוט זייער גוט אז איר האלט זיך צוריק פון צו גיין צו אייערע עלטערן אז אייערע קינדער זאלן נישט זען ווי די באבע היט נישט קיין שבת.


בנוגע אז איר ווילט נישט בלייבן אליינס ראש השנה וכו'; ערשטנס דארפט איר נישט בלייבן אליין, עס איז דא נאך פרויען וואס וואלטן זיך געפריידט צו האבן נאך א פרוי מיט זיך דורכאויס ראש השנה (איר קענט זיך פארבינדן אין אפיס פון די קהלה, מען וועט אייך העלפן מיט דעם פרט).


צווייטנס דארפט איר וויסן אז דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט "התבודדות"; א מענטש זאל זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, דעריבער זעט צו מתפלל זיין אז אייער מאמע תחי' זאל תשובה טון, עס זאל אריין גיין אין איר א רוח טהרה זי זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן; פון יעצט ביז ראש השנה זאלט איר מתפלל זיין אז זי זאל תשובה טון, אזוי וועט איר קענען גיין מיט אייערע קינדער צו איר.


דריטנס וויל איך אייך פרעגן, ווען עס וואלט געווארט אויף אייער מאן א שווערע משפט חס ושלום, וואלט ער זיכער ארום געלאפן צו די גרעסטע לויערס זיי בעטן אז זיי זאלן עפעס טון פאר אים, זיי זאלן אים ראטעווען, ער וואלט נישט געקוקט אויף גארנישט אין דער וועלט, גארנישט וואלט אים געקענט אפהאלטן פון פארן צום גרעסטן לויער; איר וואלט אים זיכער געזאגט: "פאר וואו דו ווילסט, צו וועם דו ווילסט, אבי דו זאלסט זיך קענען ראטעווען", ווער רעדט נאך אויב עס וואלט געווארט אויף אים טויט שטראף רחמנא לצלן, דעמאלט וואלט דאך א מענטש געטון אלעס אויף דער וועלט צו ווערן געראטעוועט.


יעצט פרעג איך אייך, עס ווארט אויף אונז אלע א גרויסן משפט, ראש השנה גייט מען אונז אלע משפט'ן; מען זאגט ביים דאווענען: "מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת, מִי בָּאֵשׁ, וּמִי בַּמַּיִם וכו' וכו'"; אלע שרעקליכע טראגעדיעס וואס מען הערט א גאנץ יאר השם ישמרינו – אלעס ווערט אנגעשריבן ראש השנה, יעדן טאג ווערן אוועקגעריסן יונגע מענטשן, מענער און פרויען; יונגע קינדער בלייבן אן עלטערן ה' ירחם, אלע שפיטעלער זענען אנגעפילט מיט אידישע קינדער השם ירחם; איז דא א רבי וואס האט צוגעזאגט אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם העלפן, ער קען אונז אלע מתקן זיין, ער האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "שֶׁעוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן פארעכטן; איז דאך זיכער אז א מענטש מיט שכל קוקט נישט אויף קיינעם, ער כאפט זיינע פעקלעך און לויפט זיך ראטעווען.


דעריבער דארפט איר זיך פרייען אז אייער מאן פארט פועל'ן ראש השנה ביים רבי'ן א גוט יאר; ער וועט אייך אהיים ברענגען ישועות אין אלע אייערע ענינים.


מיט תפילה וועט איר צוריק ברענגען אייער מאמע'ן צום אייבערשטן; תפילה איז זייער א שטארקע זאך, און וואס מען קען פועל'ן מיט תפילה קען מען נישט באקומען דורך קיין שום אנדערע וועג.


איר זאלט האבן א געזונטן זומער.

#87 - איך וויל מיין מאן זאל זיין ערליך, ווי אזוי באווייז איך דאס?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קום פון א שיינע משפחה, איך האב חתונה געהאט מיט א בחור פון א שטוב פון בעלי תשובה, ס'איז געווען א שווערע שידוך פאר מיינע עלטערן, איך האלט אבער אז דאס איז געווען פון הימל.


מיין פראבלעם איז אז מיין מאן טוט נישט אסאך וויכטיגע מצות וואס א מאן דארף צו טון, איך האב אסאך צער פון דעם, איך וויל ער זאל זיין ערליך און נאנט צום אייבערשטן, נישט צוליב מיר נאר לשם שמים, ווי אזוי קען איך מקרב זיין צום אייבערשטן?


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים און חיזוק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער האט געגעבן ספעציעלע כוחות פאר א פרוי אז זי האט די כוחות אויפצוהייבן איר מאן און אזוי אויך פארקערט חס ושלום.


שלמה המלך דער גרעסטער חכם פון דער וועלט זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ"; א פרוי וואס בויעט אויף איר מאן, זי דערהייבט אים, זי שעצט אים - דאס איז א קליגע פרוי, און א פרוי וואס זוכט נאר ווי זי קען צעברעכן איר מאן, צעברעכן איר שטוב - דאס איז א נארישע פרוי. א קלוגע פרוי וואס וויל איר מאן זאל לערנען און דאווענען וועט זי אים געבן אסאך ווארימקייט און ליבשאפט ביז דער מאן וועט זיך טוישן צום גוטן, ווייל מען קען אלעס פועל'ן מיט אביסל ליבשאפט און אביסל ווארימקייט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פונעם אהבת ישראל זכותו יגן עלינו, אז ווען ער האט זיך אריין געצויגן קיין מארמאראש, וואו עס האבן געוואוינט אידישע קינדער וואס זענען געווען זייער ווייט פונעם דרך התורה והמצוות, האט מען אים געפרעגט: "ווי אזוי וועט דער רבי קענען פועל'ן ביי די מארמאראשע אידן זיי זאלן תשובה טון, זיי זאלן זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין?" האט זיי דער אהבת ישראל געענטפערט: "איך וועל זיי אזוי ליב האבן, ביז זיי וועלן פאלגן וואס איך לערן זיי, און וואס איך פארלאנג פון זיי"; זעט מען אז מיט ליבשאפט קען מען אלעס פועל'ן.


געבט א קוק צו וואס דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט זוכה געווען אלעס אין זכות פון זיין ווייב; רבי עקיבא האט געזאגט פאר זיינע תלמידים (כתובות סג.): "שֶׁלִּי וְשֶׁלָּכֶם שֶׁלָּהּ הִיא", מיין גאנצע תורה און אייער תורה - איז אלעס בזכות מיין ווייב. רבי עקיבא איז געווען א פאסטוך ביי איר טאטע בן כלבא שבוע, ער האט נישט געלערנט און ער איז געווען זייער ווייט פון די הייליגע תורה, האט אים זיין צוקונפטיגע ווייב געפרעגט: "אִי מִקַּדַּשְׁנָא לָך אָזְלַת לְבֵי רַב?", אויב איך וועל צו דיר חתונה האבן וועסטו גיין אין ישיבה לערנען די הייליגע תורה? האט ער געזאגט: "יא", זיי האבן חתונה געהאט און זי האט אים מעודד געווען ביז ער איז געווארן דער הייליגער תנא רבי עקיבא; זעט מען פון דעם אז א פרוי האט די כח אויפצוהייבן איר מאן ער זאל לערנען און דאווענען, מיט דעם וואס זי געבט אים ליבשאפט און ווארימקייט וכו'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה יז, יז): "אָדָם נִבְרָא מֵאֲדָמָה וְכֵיוָן שֶׁאַתָּה נוֹתֵן עָלֶיהָ טִפָּה שֶׁל מַיִם מִיָּד הִיא נִשְׁרֵית", אדם הראשון איז באשאפן געווארן פון ערד, דעריבער איז דער מאן אזוי ווי ערד; אזוי ווי מען גיסט וואסער אויף ערד ווערט עס ווייעך, די זעלבע זאך, ווען מען גיסט גוטע ווערטער אויפן מאן, מען רעדט שיין צו אים, מען קוקט אים ארויף, ווערט ער ווייעך און מען קען אלעס פועל'ן.


פארשטייט זיך אז מען דארף זיין זייער שטארק נישט אוועק צו גיין פון די תורה; אויף דעם זאגן שוין חכמינו זכרונם לברכה (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער קלוגשאפט ווי פאר א מאן; פון איין זייט צו זיין זייער א ווארימע ווייב וכו' און פון די אנדערע זייט דארף מען זיין זייער שטארק ביי זיך נישט אוועק צו גיין פון די וועגן פון די הייליגע תורה און פון די דרך האבות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#86 - דער רבי איז מחזק יעדן איינעם. זיך דערהאלטן ווען דער מאן איז אוועקגעפאלן
קדושה, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, חברים, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז נאכאמאל זאגן א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וואס האלטן אונז ממש ביים לעבן, ובפרט אויף דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מ'קען תשובה טון אויף פגם הברית.


איך האב אייך געשיקט דעם בריוו איבער מיין חבר וואס זיין טאטע איז אוועקגעפאלן פון אידישקייט, א גרויסן יישר כח פאר אייער הערליכער ענטפער וואס איז געווען ממש כמים קרים על נפש עיפה, סיי פאר מיר און סיי פאר מיין חבר, איך האב אים איבערגעגעבן דעם בריוו (ער האט נישט קיין צוטריט צו אינטערנעט, און איך שיק דעם בריוו אויך נאר מיט רשות פון מיין טאטע אין זיין אפיס), און ער האט ממש געהאט טרערן אין די אויגן ווען ער האט זיך באדאנקט פאר די הארציגע תפלה, און פאר די עצה אז מ'קען מאכן פון דעם אליין א תפלה, אז מ'קען נישט רעדן צום אייבערשטן.


ער האט געוויזן דעם בריוו אויך פאר זיין מאמע, זי האט זיך אויך זייער מחזק געווען, און זי האט געבעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען שרייבן א תפלה אויך פאר איר.


יישר כח, מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף דער וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפ געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): אויף דעם וואס דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח.; ויחי ריט.) אז אויב מען זינדיגט אין פגם הברית העלפט נישט קיין תשובה; האט דער רבי געזאגט: "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר - נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט מיט די עבירה".


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות'; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ; א מענטש זאל דערציילן פארן אייבערשטן וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל ער מאכט שוין אפ אז ער גייט זיין גוט, פאלט ער נאכאמאל צוריק אריין אין די עבירה. ווען א מענטש פירט זיך אזוי, נעמט דאס אראפ פון אים אלע עונשים און דינים.


וואויל איז דיר אז דו ביסט זיך מחזק מיטן הייליגן רבינ'ס עצות; דו שרייבסט אז דער רבי האלט דיר ממש ביים לעבן. דער אמת איז אז דער רבי האלט אונז אלע ביים לעבן; דער רבי געבט אונז אלע לעבן, ער פרישט אונז אויף מיר זאלן נישט אויפגעבן, נאר מיר זאלן אנהייבן פון דאסניי צו דינען דעם אייבערשטן, מיר זאלן נישט נאכגיין די אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אין אונז אריין, כאילו מיר זענען פארפאלן. דער רבי שלאגט זיך מיטן יצר הרע, דער רבי שרייט אויס (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל!" "קיינער איז נישט פארפאלן", "קיינער איז נישט פארלוירן"; עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


בנוגע דיין חבר וכו'; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואספארא גרויסע מצוה דו האסט מיט דעם וואס דו ביסט מחזק דיין חבר ... נרו יאיר. קיינער קען נישט משיג זיין די שרעקליכע צער און יסורים וואס א קינד גייט אריבער ווען עלטערן קריגן זיך, בפרט אין פאל וואס דער טאטע האט זיך נעבעך געטראפן חברים וואס שלעפן אים אוועק פונעם אייבערשטן, ער איז צעריסן און צעפליקט אינערליך השם ירחם, וואס די קינדער ליידן נעבעך צוזאם פון דעם. דעריבער האסטו זייער א גרויסע מצוה אז דו רעדסט מיט אים און איר זענט זיך אינאיינעם מחזק מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דו האסט מיר געבעטן איך זאל שרייבן א בריוו פאר זיין מאמע, האב איך דא בייגעלייגט א בריוו.


 


לכבוד מרת ... תחי'


וואויל איז אייך אז איר ציט אויף אייערע קינדער צו גיין אין די וועגן פון די תורה און איר לייגט אריין אין זיי צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין?" אויף וואס באקומען די פרויען שכר? "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא וְכוּ'", מיט דעם וואס זיי שיקן די קינדער אין תלמוד תורה און ווארטן זיי אפ ווען זיי קומען אהיים; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א מאמע וואס העלפט אירע קינדער גיין אין חדר און אין ישיבה, דורכדעם וועט זי זוכה זיין צו עולם הבא.


עס טוט זייער וויי צו הערן אז איר גייט אריבער שווערע צייטן מיט אייער מאן וכו' וואס ער האט קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן; די גאנצע ארבעט פון חינוך הבנים והבנות פאלט אויף אייך, איר דארפט זיין סיי די טאטע און סיי די מאמע. אבער וויסן זאלט איר, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער חכמה ווי פארן מאן; א פרוי האט זייער שטארקע כוחות צו פירן א שטוב.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָנִים זֶה מִזֶּה, אָמְרוּ אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלוּם, עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה", עס איז געווען א מעשה מיט אן ערליכער איד וואס האט חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, נאכדעם וואס עס זענען אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער, האבן זיי זיך גע'גט, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער ערליכער איד האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע, און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, פירט אויס דער מדרש: "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אינעם פרוי.


אז איר וועט זיין שטארק אין די אמונה, און פון דער אנדערע זייט וועט איר אנהייבן געבן פאר אייער מאן אסאך ווארימקייט - וועט איר אים צוריק ברענגען צו די אמונה און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; די אלע וואס גייען אוועק פונעם אידישן וועג, זיי פאררופן זיך "נישט גלויביג" (Atheist) די זענען בדרך כלל נישט קיין אפיקורסים, די זענען זייער צובראכענע נשמות וואס עס פעלט זיי "תשומת לב", זיי האבן נישט באקומען קיין ליבשאפט וכו', אבער אז מען געבט זיי אביסעלע ווארימקייט און ליבשאפט ווערן זיי אלע ערליכע אידן. דעריבער אז איר וועט האבן אסאך סבלנות, איר וועט נישט צעברעכן אייער שטוב, איר וועט זיין שטארק מיט אייער אמונה אינעם אייבערשטן, און איר וועט זיך פירן מיט אייער מאן מיט שיינעם, דורכדעם וועט איר אים צוריק ברענגען צו די אמונה.


אין יעדע צרה שיקט דער אייבערשטער א ליכטיגקייט; דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט וואוילע קינדער, בפרט אייער בחור וואס לערנט פלייסיג און פירט זיך מיט יראת שמים און ער איז זיך מחזק מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער; דאס איז דאך מער פון אלסדינג. וואס נאך דארף א אידישע מאמע ווען זי זעט ווי אירע קינדער לערנען און דאווענען, דאס איז דאך די שטרעבן פון יעדע מאמע, און פארקערט, אז מען האט נישט קיין נחת פון די קינדער האט מען דאך גארנישט השם ירחם, דערפאר דארפט איר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד אז איר האט קינדער ערליכע אידן.


אודאי ווייסט איר אז דער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון פרויען; ווען מען האט פארציילט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען בטל מאכן די ווייבער שול", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, און עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פארקערט; משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען".


דערפאר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף אייער שפראך, אז איר זאלט זוכה זיין צו מחנך זיין אייערע קינדער אויפן אידישן וועג, און אז אייער מאן זאל זיך אפלאזן פון זיינע געפאלענע חברים, וועט איר זען די ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט אייך.


איך שרייב אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג און אזוי אויך זאלט איר דאס זאגן בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט, וואס דעמאלט איז אן עת רצון אנצונעמען אלע תפילות:


"רבונו של עולם, איך דאנק דיר און איך לויב דיר אויף אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר, בפרט אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיר געגעבן אזעלכע טייערע קינדער וואס לערנען און דאווענען; וויפיל איך זאל דיר דאנקען קען איך דיר נישט אנהייבן דאנקען אויף די זכיה צו זיין א מאמע פון קינדער וואס לערנען די הייליגע תורה, דאס איז דאך מיין גאנצע שטרעבן אין לעבן, צו זען ווי מיינע קינדער פירן זיך אויפן אידישן וועג.


הייליגער באשעפער! איך בעט דיר זייער, העלף מיר אז מיין מאן זאל זיך צוריק קערן צו דיר; מיר האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שטוב מיט קינדער, אלעס איז געווען וואויל און פיין, אבער יעצט פירט ער זיך נישט ווי א איד דארף זיך פירן, ער טוט נישט קיין מצוות, ער טוט נישט גוטע זאכן. הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין שטארק, איך זאל האבן כח צו מחנך זיין ווייטער די קינדער אויפן דרך התורה; העלף עס זאל אריין גיין א רוח טהרה אין מיין מאן, העלף ער זאל זיך אפלאזן פון די געפאלענע חברים וואס צוען אים אוועק פון דיר. העלף מיר בזכות די אבות הקדושים אברהם יצחק און יעקב, העלף מיר בזכות די אמהות הקדושות שרה רבקה רחל און לאה, און בזכות דער הייליגער רבי רבינו נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו, ובזכות אלע צדיקים און צדקניות וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, אמן".

#85 - איך בין זייער אויסגעלאשן, ווי אזוי קריך איך ארויס דערפון?
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, שמחה, עצבות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה א פיינער מאן מיט ליכטיגע קליינע קינדערלעך, עס גייט מיר ב"ה זייער גוט אין לעבן, איך שפיר אבער אסאך מאל זייער אויסגעלאשן, איך האב ממש נישט קיין שום טעם אין לעבן, און פארשטייט זיך אז דאן האב איך שוין נישט קיין געדולד זיך אפצוגעבן מיט מיין מאן און קינדער ווי עס דארף צו זיין.


ס'מאכט זיך אסאך מאל אז עס פאלט ארויף אויף מיר אזא עצבות און מרה שחורה, אז איך שעם זיך ממש פון זיך אליין, אפשר קענט איר מיר געבן אן עצה ווי אזוי ארויסצוקריכן דערפון.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט "התבודדות"; דאס הייסט אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען זיך אויסצושמועסן זיין הארץ מיטן אייבערשטן.


דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט אז אנהייב פון זיין התקרבות צום הייליגן רבי'ן איז דער רבי געגאנגען מיט אים איינמאל אויף א שפאציר; דער רבי האט גערעדט מיט אים זיינער שיינע זאכן און אים זייער מחיה געווען און מחזק געווען, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף ר' נתנ'ס אקסל און אים געזאגט בלויז געציילטע ווערטער, וואס די פאר ווערטער האבן אים מחי' געווען זיין גאנצע לעבן; דער הייליגער רבי האט אים געזאגט: "אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד"; דער רבי האט אים דעמאלט אנפלעקט דעם זאך פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, אים אלעס אויסדערציילן און גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


האט רבי נתן זכרונו לברכה שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד', האב איך גלייך געשפירט אז איך האב שוין א וועג צו מצליח צו זיין אין לעבן, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן (פעולת הצדיק, סימן תכג-תכד)".


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א פיינער מאן מיט ערליכע קינדער, איר דארפט נישט ווארטן צו רעדן צום אייבערשטיין ווען איר ווערט שוין מרה שחורה; יעדן צופרי ווען איר שטייט אויף און איר שיקט אייערע קינדער אין חדר און אין שולע זאלט איר זיך מתבודד זיין, איר זאלט אויסשמועסן אייער הארץ צום אייבערשטן; דאנקט אים אויף אייער לעבן, דורכדעם וועט איר זוכה זיין צו ווערן פרייליך.


איך שרייב אייך א תפילה וואס איר זאלט מתפלל זיין יעדן אינדערפרי, דאס וועט אייך ארויס נעמען פון אייער מרה שחורה און עצבות.


"רבונו של עולם איך דאנק דיר און איך לויב דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר; איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין מאן און פאר מיינע ליכטיגע קינדער. איך בין אזוי גליקליך און אזוי רייך אז איך האב א ערליכע מאן און זיסע קינדער.


הייליגער באשעפער זייער אסאך מאל ווער איך אויסגעלאשן, איך שפיר נישט קיין טעם אין לעבן, איך ווייס אבער נישט פארוואס; איך אליינס פרעג זיך די קשיא, נאכדעם וואס איך האב אלעס גוטס פארוואס בין איך נישט פרייליך?! הייליגער באשעפער, איך בעט דיר זייער, נעם מיר ארויס פון מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל שטענדיג זיין פרייליך, איך זאל לעבן מיט אמונה, איך זאל דיר שפירן אז דו ביסט שטענדיג מיט מיר, און איך זאל נישט פארגעסן פון דיר.


רבונו של עולם! איך בעט דיר זייער, העלף ארויס אלע אידן, העלף אז אלע אידן זאלן האבן אזא שיינע לעבן ווי מיר האבן, העלף אז אלע בחורים און מיידלעך זאלן טרעפן זייערע שידוכים, אלע זאלן האבן אזעלכע זיסע קינדערלעך ווי דו האסט מיר געגעבן; העלף ארויס אלע אידן זאלן האבן פרנסה, אידישע קינדער זאלן זיך נישט אזוי מוטשען; העלף אונז און שיק אונז שוין משיח צדקינו במהרה בימינו, אמן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט שטענדיג זיין פרייליך.