שאלה אין קורצן ענין
#1522 - פארוואס געבט מען נישט מער אכטונג צו ראטעווען די וועלט?
אמונה, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן איבער א זאך וואס לאזט מיר נישט מנוחה, איך בין בטבע זייער א שטארקע דייקן און איך גיי נאך זאכן ביז'ן סוף. במשך די יארן האב איך אסאך געליינט איבער פאלושן און ענווייראנמענט, איך ווייס אז אסאך זאכן וואס מען זאגט איבער דעם זענען טאקע נארישקייטן, אבער ס'איז יא דא זאכן וואס איז א מציאות, און מענטשן מאכן זיך נישט וויסנדיג פון דעם.


צום ביישפיל, עס איז נאר דא א געוויסע סכום געז אויף די וועלט, און אנשטאט אכטונג צו געבן עס זאל זיך נישט אויסנוצן, נוצט מען עס אן א חשבון. יעדעס מאל איך פיל אן די טאנק פון מיין קאר מיט געז, דריקט מיר די הארץ אויף דעם, אויך מאכט עס פארפעסטעט די לופט מיט פאלושען, מענטשן אטעמען עס אריין און נאכדעם וואונדערט מען זיך אז עס איז דא אזויפיל מחלות ל"ע.


אן עלעקטריק קאר איז נאך פיל ערגער, ווייל ווען מען ענדיגט נוצן די בעטערי מאכט עס א מורא'דיגע חורבן אויף די ענווייראנמענט.


דאס קען מען פאקטיש זען אז די וועלט ווערט אלץ מער ווארעמער, און עס קומט לעצטנט מער האריקעינס און ערד ציטערנישן צוליב דעם. לעצטע יאר, ווען עס איז געווען די קאראנע צייט, האט מען געזען בחוש אז עס איז געווען מער א קעלטערע ווינטער, דאס איז געווען ווייל מען האט נישט גענוצט אזויפיל קארס און עראפלאנען.


אויך פלעסטיק נוצט מען אויס אן א חשבון, און מען פארדארבט די ענווייראנמענט מיט דעם. מען ווארפט אזוי סאך פלעסטיק אין די מיסט, אז איין טאג ווען עס וועט נישט זיין מער קיין פלעסטיק וועט מען זיך רייסן די האר פון קאפ.


אויך האקט מען אויס גאנצע וועלדער פון ביימער צו בויען הייזער, וואס די ביימער פעלט אזוי וויכטיג אויס פאר די וועלט, סיי פאר די אקסידשען און סיי פאר די חיות זאלן האבן וואו צו וואוינען.


איך זע אז דער ראש ישיבה רעדט אזויפיל דרשות, און עס קומט אן צו אזוי סאך מענטשן, האב איך געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה קען רעדן אויך פון דעם, מענטשן זאלן וויסן אכטונג צו געבן און נישט צוגרונד לייגן די וועלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בארואיג זיך, די וועלט פאלט נישט צאם, עס איז דא א בעל הבית וואס געבט אכטונג אויף די וועלט; דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, ער האלט די וועלט, ער פירט עס הערליך שיין, און די וועלט ווערט אלץ שענער און שענער.


אזוי האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רלז; סימן שז) אין אנהייב איז די וועלט געווען פוסט און וויסט, עס איז נישט געווען קיין תורה, נישט קיין אמונה; עס זענען געווען געצנדינער, מען האט געדינט עבודה זרה; ביז שפעטער איז געקומען אברהם אבינו, ער האט מגלה געווען פאר אלעמען אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט; ער פירט די וועלט, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס און ער איז אלעס.


שפעטער איז געווען מתן תורה, איז די וועלט געווארן נאך שענער, נאכדעם זענען געקומען די הייליגע צדיקים - איז די וועלט געווארן נאך שענער, דער רבי האט אויסגעפירט: "און אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער, דער אייבערשטער פירט די וועלט שענער און שענער", און עס איז נאריש צו רעדן די אלע זאכן וואס די אומות העולם רעדן, אז די וועלט גייט אונטערגיין; די אלע וואס זאגן אז די וועלט גייט צאמפאלן צוליב די זאכן וואס דו שרייבסט וכדומה - דאס קומט פון חסרון אמונה.


לייג זיך אריין אין אמונה - וועסטו נישט האבן קיין שום פחדים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, און זיי ליידן פון דעם נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם. זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דאן העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט פחדים, די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.


ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה, ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער איז 'מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל', - דאן לעבט ער א רואיג לעבן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן; עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהויב, ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


די הייליגע חכמים זאגן (אבות א, ב): "עַל שְׁלשָׁה דְבָרִים הָעוֹלָם עוֹמֵד", די וועלט שטייט אויף דריי זאכן, "עַל הַתּוֹרָה וְעַל הָעֲבוֹדָה וְעַל גְּמִילוּת חֲסָדִים"; אידישע קינדער קענען העלפן די וועלט זאל שטיין דורכדעם וואס מען לערנט תורה, מען דינט דעם אייבערשטן און מען טוט חסד מיט אנדערע. אזוי אויך קען מען העלפן די וועלט זאל נישט אונטערגיין דורכ'ן העלפן בויען מוסדות התורה, חדרים, ישיבות און מיידל שולע'ס, ווייל אויף די תורה פון די קינדער שטייט די וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵּם אֶלָּא בִּשְׁבִיל הֶבֶל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט קען נישט אנגיין נאר אז קינדער לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1521 - ווי אזוי מאך איך פרייליך אין שטוב, ווען מיין ווייב איז אלץ אנגעצויגן און נערוועז?
שלום בית, סיפורי צדיקים, צרות, אידישע שטוב, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס געהערט ביי די שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מען דארף זען עס זאל אלץ זיין פרייליך אין שטוב; וואס קען איך אבער טון אז מיין ווייב איז זייער אן אנגעצויגענע פרוי, זי שרייעט א גאנצן טאג ווי א טערקלטויב, וואס איך האב נאר פרובירט איר צו העלפן און צו מאכן פרייליך העלפט עס א בוידעם, די שטוב בלייבט אלץ אנגעצויגן.


אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דער מאן דארף ארבעטן אויף דעם אז די ווייב זאל אים ארויפקוקן. מיינע ווייב'ס געשוויסטער האבן אבער א שלעכטע געוואוינהייט חוזק צו מאכן פון זייערע מענער, זיי ווייזן איינער פאר'ן צווייטן ווי אזוי מען קען דערנידערן דעם מאן, און מיין ווייב וויל נישט בלייבן אונטערשטעליג. ווען מיין ווייב רעדט אויפ'ן טעלעפאן מיט אירע שוועסטערס, וועט זי אינמיטן אלץ עפעס רעדן שטרענג צו מיר, מיך הייסן עפעס טון, אז אירע שוועסטער זאלן זען ווי אזוי זי קען רעדן צו מיר, און דאס קוקן זיי ארויף.


אויך האלטן זיי אז זייער משפחה איז די חשובסטע און קלוגסטע משפחה אויף דער וועלט, און יעדער אנדערש איז משוגע.


ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט גרינג אויסצולערנען אין איין בריוו שלום בית ווען דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט אז ער וואלט ווען געדארפט שרייבן אויף שלום בית נאך א גאנצע סעט לקוטי הלכות; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו שרייבן אפאר ווערטער וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש.


קודם כל, איך ווייס נישט אויב דו ביסט יא אזוי ווי עס דארף צו זיין; דו לייגסט אראפ אינעם בריוו ווי זי איז די שלעכטע און דו ביסט דער גוטער, איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז שלום בית איז תלוי אינעם מאן; דער מאן קען דערגיין און ער דארף אויסטרעפן פארוואס זי שרייט, וואס עס טוט איר וויי און וואס עס שטערט איר אין לעבן.


בדרך כלל דארף א פרוי מען זאל איר געבן יחס וכו', מען זאל איר געבן אנערקענונג; דער מאן דארף איר דאס געבן. עס איז זייער גרינג צו שרייבן אז זי שרייט, זי קוויטשעט וכו' וכו' - די לשונות וואס דו שרייבסט, טערקלטויב וכו' - אבער יעדע זאך האט א סיבה; א פרוי שרייט נישט סתם אזוי, עפעס פעלט איר אין לעבן. איך וויל וויסן אויב דו פאלגסט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב) אז פרויען דארפן כבוד, זיי זענען זייער מקפיד אויף דעם; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד) מען דארף זייער מכבד זיין די ווייב און איר האלטן טייער, ווייל זי ליידט שווערע פיין פון ווארטן, געבוירן און אויפציען די קינדער וכו'.


אז דו וועסט אכטונג געבן אויף איר, דו וועסט איר נישט גיין אויף די נערווען וכו', דו וועסט איר נישט טשעפען און איר דערנידערן - וועסטו זען ווי זי וועט ווערן גוט צו דיר, זי וועט זיך פירן שיין צו דיר. אז דו וועסט איר געבן געלט, דו וועסט איר קויפן קליידער, שיך וכו'; דו וועסט איר העלפן אין שטוב - וועסטו זען אז זי איז נישט אזוי שלעכט, זי וועט ווערן גוט צו דיר; דאס אלעס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


און אז דו וועסט מיר זאגן דו האסט אלעס פרובירט, אלעס געטון - און זי איז נאכאלץ שלעכט צו דיר - זאלסטו געדענקען וואס די הייליגע חכמים זאגן (עירובין מא:): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אִשָּׁה רָעָה אֵינוֹ רוֹאֶה פְּנֵי גֵּיהִנּוֹם", ווער עס האט א שלעכטע פרוי וועט נישט אנקומען אין גיהנום, די גמרא פרעגט: "לְמַאי נַפְקָא מִינָהּ?" וואס איז דאס אונז נוגע אויף למעשה? "לְקַבּוּלֵי מֵאַהֲבָה", מען זאל דאס אננעמען מיט ליבשאפט. ביי די אנדערע זאכן וואס די גמרא רעכנט דארט אויס זאגט די גמרא: "לְמִבָּעֵי רַחֲמֵי", מען זאל בעטן דעם אייבערשטן, פארוואס דא זאגט די גמרא: "לְקַבּוּלֵי מֵאַהֲבָה", מען זאל דאס אננעמען באהבה? זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צ): "אִם תִּהְיֶה אִשָּׁה רָעָה אַל יִבְגֹּד בָּהּ וְלֹא יְגָרְשֶׁנָּה, כִּי עַל יָדָהּ אֵינוֹ רוֹאֶה פְּנֵי גֵּיהִנֹּם", נעם דאס אן באהבה ווייל דאס וועט דיך ראטעווען פון גיהנום; דאס איז דעם רבינ'ס וועג ווען מען האט א פרוי א כעסנית.


דאס איז דעת מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, מען זאל זיין אין שטוב אן עניו, שפל וסבלן; פרובירן מיט אלע וועגן געבן גוטע ווערטער, און געדענקען אז דאס וועט ראטעווען פון גיהנום. אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז דערציילט, איינמאל האט דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו איינגעדרימלט און גע'חלומ'ט ווי ער איז אויבן אין הימל און מען פירט אים אריבער די טירן פון גיהנום, עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און ער האט אנגעהויבן שרייען: "געוואלד! ראטעוועט! טראגט מיר אוועק פון דא!" ביז עס איז געקומען צו פליען א מלאך און אים געפרעגט: "זושא, וואס שרייסטו?" האט ער געענטפערט: "איך ציטער און איך שרעק זיך פון די ביטערע שטראפן וואס קומען פאָר דא אויבן אין גיהנום", האט אים דער מלאך געזאגט: "ניין זושא, דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א ווייב גענענדל, דו קומסט אלעס אפ אונטן".


מוהרא"ש פלעגט דערציילן וואס דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא פלעגט ליידן פון זיין ווייב גענענדל; זי פלעגט שרייען אויף אים, ווען זי איז געווארן ברוגז האט זי אים געזידלט און געזאגט: "דו ביסט דער ערגסטער מענטש פון די גאנצע וועלט"; זי האט אים געגעבן צו שפירן ווי ער איז דער ערגסטער, ערגער פון אים איז נישטא.


ווען דער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט זיך דערוועקט פונעם חלום האט ער געזאגט צו זיך: 'הלוואי זאל מיין ווייב גענענדל שרייען נאך אויף מיר; אויב קום איך אפ מיט די צער די עונשים פון גיהנום - איז מיר דאס כדאי'.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן די שכל, דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט דיין ווייב.

#1520 - ביים זאגן משניות, זאגט מען ארויס דעם אייבערשטנ'ס נאמען?
שאלות, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר'ן טוישן מיין לעבן; זייט איך האב אנגעהויבן זאגן ח"י פרקים משניות בין איך געווארן אן אנדערער מענטש. איך וויל ארויסברענגען א שבח פאר א בחור פון ישיבה וואס ער איז געווען דער וואס האט מיר געעפנט מיין קאפ, און מיר מקרב געווען צום רבי'ן. איך פרוביר אויך צו זאגן יעדן טאג תיקון הכללי, א יום תהילים, און דער בלאט גמרא, ברוך ה'.


איך האב א שאלה, ווען מען זאגט משניות, זאגט מען ארויס דעם אייבערשטנ'ס נאמען, אדער זאגט מען נאר 'השם'?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך בלימוד משניות, דער חיד"א זכר צדיק לברכה ברענגט (מדבר קדמות מערכת א, אות נא) בשם מדרש תלפיות: "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם, וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מַנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם"; ווען א מענטש קומט ארויף אויבן אין הימל, קומען די מלאכי חבלה און ווילן אים אריינשלעפן אין גיהינום, הייבט דער מענטש אן שרייען צו אלע צדיקים, ער שרייט: "אברהם אבינו ראטעווע מיר", "יצחק אבינו ראטעווע מיר", "יעקב אבינו ראטעוווע מיר", קיינער עטנפערט אים נישט, נאכדעם שרייט ער: "ראובן", "שמעון", "לוי", ביז ער קומט אן צו אשר בן יעקב. אשר פרעגט דעם מענטש צי ער האט געלערנט משניות, אויב ענטפערט ער 'יא', נעמט ער אים אריין אין גן עדן. דער חיד"א טייטשט מיט דעם דער פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות 'מִשְׁנָה', אז אשר בן יעקב זעט אז א מענטש האט געלערנט משניות, "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", וועט ער אים געבן גן עדן; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון משניות.


בנוגע ארויס זאגן דעם שם השם, עס ווענדט זיך; נאר אויב מען זאגט ארויס דעם גאנצן פסוק, דעמאלט קען מען ארויס זאגן דעם שם השם.


די בעסטע זאך איז זיך צוגעוואוינען זאגן ווען עס שטייט די שם אדנ"י - השם, און ווען עס שטייט יקו"ק - הֲוַיָ"ה; צום ביישפיל, "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל הֲוַיָ"ה אֱלֹקֵינוּ הֲוַיָ"ה אֶחָד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1519 - ווי אזוי דערהאלט מען זיך אין שווערע צייטן?
התחזקות, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גיי יעצט דורך זייער שווערע צייטן, ביטע געבט מיר חיזוק איך זאל דאס קענען דורכשוויצן, איך זאל עס קענען אריבערטראגן און זיך דערהאלטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה) דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן; אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס, האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט, אזוי האט ער זיך דערהאלטן אין אלע זיינע שווערע צייטן.


זוך אויף גוטס אין דיינע שווערע טעג, עס מוז זיין עפעס גוטס; דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם, דאס וועט דיר געבן כח אריבערצוגיין דיינע שווערע צייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1518 - וואס טו איך אז מיין מאמע לאזט מיר נישט גיין הפצה?
כיבוד אב ואם, הפצה, זיכוי הרבים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן א וויכטיגע שאלה; מיין מאמע תחי' האט זיך דערוואוסט אז איך טו הפצה, אז איך גיי ארום קלאפן אויף די טירן פון הייזער און איך טייל פאר מענטשן גליונות און קונטרסים, איך געב זיי לופט צו אטעמען, און דאס האט איר זייער אויפגערעגט, זי האט מיר געזאגט אז יעדעס מאל וואס איך גיי הפצה בין איך עובר אויף כיבוד אב ואם.


איך בין אינגאנצן צעמישט, ווייל מיין חיות איז פון הפצה, איך האב א משונה'דיגע חיות פון דעם, אבער פון די צווייטע זייט לאזט מיר נישט מיין מאמע גיין, וואס זאל איך טון? איך וויל אזוי שטארק גיין הפצה, ווייל איך זע ווי אזוי מענטשן זענען זיך ממש מחיה מיט דעם.


איך וועל סיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר קענען קלאר מאכן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך אין דיין עבודת השם יתברך, זיי ממשיך מיט די הייליגע עבודה פון פארשפרייטן דעם רבינ'ס חיזוק פאר אידישע קינדער. ווער עס איז עוסק אין הפצה פאררעכט אלע זיינע זינד, דאס איז דער גרעסטער תיקון פאר'ן מענטש. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן פאררעכט אלעס.


געב אכטונג אויף דיינע עלטערן, זיי מכבד דיינע עלטערן; דארפסט נישט דערציילן זאכן וואס שמעקט זיי נישט, רעד צו זיי נאר זאכן וואס זיי האבן ליב. פון די אנדערע זייט זאלסטו ווייטער עוסק זיין אין אנטרינקען ביימער, מקרב זיין נשמות ישראל לאבינו שבשמים. דער רבי האט אונז געהייסן מיר זאלן זיך באשעפטיגן מיט מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, רבי נתן זכרונו לברכה שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "דער רבי פלעגט אונז מבזה זיין פארוואס מיר זענען נישט עוסק אין 'הפצה'; וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה, איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה, היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ, 'טרוקענע ביימער' האט אונז דער רבי אנגערופן"; ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין אנטרינקען ביימער - מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1517 - זאל איך פאסטן תעניתים לטובת די נשמה פון מיין ווייב?
ספרי ברסלב, צדקה, תכלית, תעניתים, נשמה, ספר תורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב באקומען דעם בריוו, און איך האב זייער הנאה געהאט פון וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן מיט אלע מקורות.


איך האלט שוין אבער היינט אינעם הונדערסטן תענית-טאג וואס איך האב זיך מקבל געווען צו פאסטן לזכות נפש רוח ונשמה פון מיין ווייב ע"ה.


איך האב נאר געוואלט פרעגן אויב די תעניתים וואס איך פאסט פאר איר, איז א זכות פאר איר אויפ'ן עולם האמת? ווייל אויב יא, וויל איך ממשיך זיין צו פאסטן נאך 59 טאג, עס זאל אויסקומען צו די גמטריא פון איר נאמען.


אדער בין איך זיך טועה, אן "ן" איז 50, אדער איז עס 700? דעריבער טראכט צו פאסטן משבת לשבת, וואס דאס איז אזוי 65,600 תעניתים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין פאסטן איז בכלל נישט א תיקון פאר איר נשמה; ענדערש זאלסטו זאגן תהילים פאר איר נשמה און געבן צדקה.


פאסטן איז נישט געמאכט פאר אונזערע דורות, דער רבי האט קלאר געזאגט מען זאל נישט פאסטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן י) דער וואס פאסט איז אזוי ווי א זאק וואס איז פול מיט לעכער, אפילו ווען מען ליידיגט אויס די זאק בלייבט דער זאק צעלעכערט, "וְאִם הִתְבּוֹנְנוּ בְּעַצְמָן הָיוּ רוֹאִים אַחַר כָּל הַתַּעֲנֵיתִים עֲדַיִן נִשְׁאֲרוּ אֶצְלָם כָּל תַאֲוַותָם קְשׁוּרִים בְּשַׂקָּם", אז מען וועט אריינטראכטן וועט מען זען אז אפילו נאכן פאסטן בלייבט מען איבער מיט אלע תאוות, עיין שם.


קוק אריין אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק לא, מכתב ג' תתפג), איינער פרעגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו: "לְדַאֲבוֹנִי וּלְצַעֲרִי אִבַּדְתִּי אֶת אִשְׁתִּי וְנִשְׁאַרְתִּי אַלְמָן, מָה הַדָּבָר הֲכִי טוֹב שֶׁאֲנִי יָכוֹל לַעֲשׂוֹת לְעִלּוּי נִשְׁמָתָהּ", איך האב פארלוירן מיין ווייב, איך בין געבליבן אן אלמן, וואס איז די בעסטע זאך וואס איך קען טון אלס א תיקון פאר איר נשמה?


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ענטפערט: "אֵין לְתָאֵר וְאֵין לְשַׁעֵר אֶת גֹּדֶל הַזְּכוּת כְּשֶׁאָדָם נוֹתֵן צְדָקָה לְעִלּוּי נִשְׁמַת נְשָׁמָה שֶׁנִּפְטְרָה בְּגִיל צָעִיר", מען קען זיך נישט פארשטעלן די גרויסע זכות וואס א נשמה האט אויבן אין הימל ווען מען געבט צדקה פאר איר נשמה, "הַצְּדָקָה מוֹעִילָה בְּחַיִּים חַיּוּתוֹ שֶׁל הָאָדָם וּבִפְרָט לְאַחַר הִסְתַּלְּקוּתוֹ מִזֶּה הָעוֹלָם", צדקה העלפט דעם מענטש אויף די וועלט און אויף יענער וועלט, "כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב", אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נח, ח): "וְהָלַךְ לְפָנֶיךָ צִדְקֶךָ".


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם גאנצן תשובה. מוהרא"ש זאגט (שם) ווילאנג א מענטש לעבט בזה העולם ווייסט מען נישט אפצושאצן דאס גרויסקייט פון צדקה, נאר נאכן אוועקגיין פון די וועלט, דעמאלט זעט מען דאס גרויסקייט פון צדקה. די צדקה ראטעוועט דעם מענטש פון אלע ווערעם, מייזן און שלענג וואס קומען צו קריכן צום נפטר.


ווען א מענטש גייט אוועק פון די וועלט מאכט מען א לוי', אלע וויינען, מען באגלייט דעם נפטר ביזן בית החיים, די חברה קדושה גראבן א גרוב און מען לייגט אריין דעם נפטר אינעם גרוב, מען דעקט צו מיט ערד, נאכדעם גייען אלע אהיים; די אבלים זעצן זיך שבעה, מען קומט זיי מנחם זיין, מען וויינט מיט זיי, מען טרייסט זיי, מען רעדט מיט זיי, מען מאכט ווערטלעך, מען טוט אלע מיני זאכן זיי זאלן פארגעסן פון זייער צער; איין זאך איז אינטערעסאנט צו פארשטיין, וואס גייט יעצט פאר מיט'ן נפטר? איינער טראכט בכלל אז עס איז דא א נפטר? איינער ווייסט וואס דער נפטר גייט יעצט אריבער? קיינער ווייסט נישט וואס דארט טוט זיך, עס קומען צו גיין הונגעריגע מייז, הונגעריגע שלענג, זיי שמעקן פון דערווייטנס פרישע פלייש, זיי הייבן אן רייסן שטיקער פונעם נפטר, די צער און יסורים וואס דער נפטר האט פון דעם - קען מען נישט מסביר זיין, שרעקליכע ביטערע צער, יעדע ביס פון א ווארעם איז נישט אויסצוהאלטן, דעמאלט נעמט מען אפיר די מצוות פונעם נפטר, די פרוטות צדקה - דאס היט דעם מענטש.


איך האב דיר שוין איינמאל געשריבן, איך זע אז דו ביסט אן אויבער חכם, דו פאלגסט נישט, דו מאכסט זיך ווייטער משוגע מיט די תעניתים; איך בעט דיר נאכאמאל, לאז אפ די וועג; אז דו ווילסט טון פאר די נשמה זאלסטו געבן צדקה לזכותה, אדער זאלסטו שרייבן א ספר תורה לזכותה, אדער דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים פאר איר זכות; דאס וועט איר היטן פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1516 - ווי אזוי קען איך איבערצייגן מיין טאטע ס'זאל אים נישט שטערן מיין סמארטפאון?
כיבוד אב ואם, טעלעפאן, סמארטפאון, ישוב הדעת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסע יישר כח פאר אלע חיזוקים פון ראש ישיבה שליט"א וואס איך הער יעדן טאג, עס מאכט קלאר די קאפ און געבט אריין א טעם אין אידישקייט.


איך האב שוין א סמארטפאון פאר לאנגע יארן, און לעצטנס איז עס אויך געפילטערט, אבער מיין טאטע בעט מיר זייער שטארק איך זאל עס אוועקווארפן.


פון איין זייט וויל איך נישט מצער זיין מיין טאטע, איך וויל זיך נישט טענה'ען מיט אים, אריינגיין אין ויכוחים וואס קען ווערן זייער נישט געשמאק. אבער פון די אנדערע זייט אפשר איז דאס א געלעגנהייט צו ענדיגן די זאך איינמאל פאר אלעמאל, איך זאל זיך נישט דארפן שפירן אלץ אראפגעקוקט פון אים, און בכלל אז ער זאל מיר אננעמען אזוי ווי איך בין. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט פארשטיין, אפילו דער טעלעפאן איז געפילטערט, עס לאזט נישט אריבערגיין קיין שמוציגע זאכן וכו' - האט עס גאר א שטארקע פראבלעם, עס לאזט נישט דעם מענטש האבן ישוב הדעת; אפילו דער פשוט'ער טעלעפאן רויבט אוועק פונעם מענטש זיין צייט, זיין מח און זיין מחשבה, און זיכער די טעלעפאונס וואס זענען נאך מער פארגעשריטן, דאס נעמט אוועק די גאנצע מח מחשבה, דאס האלט אפ דעם מענטש פון נאנט ווערן צום אייבערשטן און פון אלעס גוטס. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת", ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, "וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", מען טראכט נישט; מען איז פארנומען יעדע מינוט מיט אן אנדערע נארישקייט, אפגערעדט דער וואס קוקט סטעטו"ס, דער נעמט די טעלעפאן יעדע רגע אין האנט קוקן יעדן איינעמ'ס נארישקייטן, יעדן איינעמ'ס עדווערטייזמענט און יעדענ'ס דמיונות; דער האט זיכער נישט קיין ישוב הדעת.


איך קען אינגעלייט וואס זענען געווען זייער אנגעזעענע מענטשן, זיי האבן געלעבט אויף די וועלט; געלערנט, געדאווענט, מיט יראת שמים, און זייט זיי קוקן די סטעטו"ס - זענען זיי אנדערע מענטשן, זיי האבן נישט די יראת שמים פון אמאל.


אז דו וועסט אוועק ווארפן דיין טעלעפאן, דו וועסט נעמען א פשוט'ע טעלעפאן אזוי ווי אלע ערליכע אידן - וועסטו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, א נחת רוח פאר דיינע עלטערן און דו אליינס וועסט האבן אן אנדערע לעבן, דו וועסט האבן מער צייט פאר דיין משפחה, מער צייט פאר לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1515 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין מאן זאל גיין דאווענען?
התחזקות, שלום בית, סבלנות, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שיעורים.


עס מיר זייער וויי אז מיין מאן גייט נישט דאווענען, איך הער כסדר ביי די שיעורים אז אלע שפע פרנסה און הצלחה קומט פון דאווענען שחרית מנחה מעריב, און איך זע טאקע ביי אונז ווי דאס געלט האלט זיך נישט, מיין מאן איז נישט מצליח. איך זאג אים גארנישט, איך בין מתפלל צום אייבערשטן ער זאל העלפן מיין מאן זאל זיך שטארקן, אבער איך ווייס נישט וואס צו טון.


נאך מער טוט מיר דאס וויי אום שבת קודש, ווען ער גייט נישט דאווענען, איך שפיר אז מען שטופט די צייט אן קיין תכלית. וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, אזוי ווי א פרוי דארף אויפמערקזאמקייט, אזוי דארף א מאן אויפמערקזאמקייט וכו'; אייער מאן איז צעבראכן כחרס הנשבר אז ער האט נישט קיין פרנסה, דאס מאכט ער זאל פארלירן זיין מוט, דאס מאכט ער זאל ווערן מיואש ביז ער בלייבט שלאפן, ער דאווענט נישט.


איר קענט אים העלפן, א קלוגע פרוי בויט אויף איר מאן; בעט איך אייך, זייט קלוג, געבט אים נישט קיין קריטיק, געבט אים אסאך ווארעמקייט, געבט אים אסאך גוטע ווערטער. בויט אים אויף, מאכט אים פרייליך - וועט איר זען ווי ער וועט זיך אינגאנצן טוישן, ער וועט אנהייבן מאכן פרנסה און ער וועט אנהייבן גיין דאווענען. ווייל ווען דער מאן איז פרייליך, ער שפירט זיכער מיט זיין ווייב - באקומט ער א שטארקע מוט, אלעס טוישט זיך צום גוטן.


האלטס זיך איין, ווערט נישט בכעס; מאכט צו די אויגן, איר דארפט נישט זען די נישט גוטע זאכן, זוכט אין אייער מאן גוטע זאכן; אפילו עס איז אייך ביטער שווער. איר פון אייער זייט קוקט גוט אויף אים און רעדט שיין צו אים און זייט אים מוחל אויף אלעס וואס איז געווען. געדענקט, די ווייב איז דאך א חלק פונעם מאן, די תורה זאגט (בראשית ב, כג): "עֶצֶם מֵעֲצָמַי וּבָשָׂר מִבְּשָׂרִי לְזֹאת יִקָּרֵא אִשָּׁה כִּי מֵאִישׁ לֻקֳחָה זֹּאת".


וואויל איז די פרוי וואס האט אייזערנע געדולד צו איר מאן, וואויל איז די פרוי וואס איז מוחל איר מאן; מיט דעם מאכט זי רוען די שכינה הקדושה אין איר שטוב, דאס ברענגט הצלחה אין שטוב, דורכדעם וועט דער מאן פון זיך אליינס לויפן אין שול דאווענען און לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1514 - אז מ'קען נישט עסן מילכיג, איז דאס א געזונט פראבלעם פאר א שידוך?
שידוכים, רפואה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה זאגט אלץ, ווען עס קומט צו שידוכים זאל מען קוקן אויף געזונט.


איך וויל פרעגן, א מיידל וואס האט א פראבלעם מיט מילכיגס, איז דאס א געזונט פראבלעם אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ניין.


אז מען עסט נישט מילכיג, אדער אנדערע עסן - איז דאס נישט קיין פראבלעם.


מען דארף זייער אכטונג געבן זיך נישט וועלן אין די וועלט אריין; מען קוקט אויף געזונט, אויף גוטע מידות און מען טרעפט זיך איינמאל צוויי מאל, מען קוקט אויב איז דא חן און מען פארמאכט די שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#1513 - וואס מיינט דער חלום אז מיינע ציינער זענען ארויסגעפאלן?
אמונה, פחדים, חלומות, חכמות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער פארציטערט. איך האב געהאט א חלום אז פון איין סעקונדע אויף די אנדערע זענען רוב פון מיינע ציינער ארויסגעפאלן, איך האב נישט געקענט רעדן געהעריג צוליב די ארויסגעפאלענע ציין, און איך בין געווען פון דעם זייער פארשעמט און אויפגערעגט. אין חלום בין איך געלאפן אין שפיטאל מיט א זעקל מיט די ארויסגעפאלענע ציינער, אבער זיי האבן מיר גארנישט געהאלפן.


איך האב בכלל נישט געטראכט בייטאג פון אזא סארט זאך, וואס קען דאס מיינען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער פראגע.


איר דארפט נישט מורא האבן פון דער חלום, אזא מעשה האט פאסירט ביים רבי'ן. א איד איז געקומען צום רבי'ן, ער האט זיך גע'חלומ'ט אזא חלום וואס איר האט גע'חלומ'ט, אלע ציינער זענען אים ארויסגעפאלן; ער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ער האט מורא, ווייל ציינער איז מרמז אויף חכמה, יעצט ווייזט מען אים פון הימל אז ער גייט פארלירן זיינע חכמות. האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנז): "אַדְּרַבָּה הַשְּׁטוּת שֶׁלְּךָ יִתְבַּטֵּל", דיינע שטותים זענען דיר אוועקגעפאלן, פון יעצט וועסטו מער נישט האבן די נארישע זאכן.


אזוי אויך וועט זיין ביי אייך, פון יעצט וועט איר מער נישט האבן די אלע נארישע מחשבות.


שטארקט אייך מיט אמונה; ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה, ער גלייבט און ווייסט אז 'דער אייבערשטער איז דא, אלעס איז דער אייבערשטער, נאר ער מאכט אלעס, נאר ער טוט אלעס; קיינער קען מיר נישט העלפן און קיינער קען מיר נישט שטערן און שלעכטס טון' – דאס איז די בעסטע מעדעצין, דאס איז די שטערקסטע טערעפי, די ריינסטע זאך.


מוהרא"ש זאגט, היינט איז א וועלט פון פסיכילאגן, יעדע מינוט קומען ארויס נייע מעטאדן, נייע מהלכים ווי אזוי צו העלפן מענטשן מיט גייסטישע פראבלעמען; די בעסטע פסיכילאגיע איז אמונה, אמונה איז א רפואה פאר אלצדינג; ווי נאר דער מענטש חזר'ט: "אין עוד מלבדו", "מלא כל הארץ כבודו" – פאלט אוועק אלע דמיונות, אלע פחדים און אלע מחשבות רעות.


וואויל איז דעם מענטש וואס חזר'ט אמונה, און חזר'ט מיט אנדערע אמונה; עס וועט אים גארנישט פעלן, ער וועט שפירן די טעם פון גן עדן בזה העולם.

#1512 - קען א מלמד אויך אנקומען צו לערנען שיעורים כסדרן?
מוהרא"ש, ראש ישיבה, מלמדים, היטן די צייט, סדר דרך הלימוד, שיעורים כסדרן, סדר היום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע עצות וואס איז מיין לעבן. דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת האב איך געלערנט בערך 70 פרקים משניות, אויך האב איך געלערנט איין טאג די וואך פערצן בלאט גמרא, איך האב זיך מחיה געווען.


איך בין אבער א מלמד, און איך האב געזען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר א מלמד, "לייג אוועק אלעס, לאז אפ דיינע שיעורים, יעצט נעם מלומדות פאר דיין עבודת השם". וויל איך פרעגן אויב איך זאל טאקע אפלאזן מיינע שיעורים כסדרן, אדער אויב ס'שטערט נישט די מלומדות איז עס נישט קיין פראבלעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען טון ביידע, עס איז דא צייט פאר אלעס; אז מען היט די צייט, מען לעבט מיט א סדר - קען מען אנקומען זייער אסאך. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נה): "רֶוַח הָעוֹלָם הַזֶּה אֵין לְשַׁעֵר", מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס מען קען אלץ פארדינען בזה העולם.


שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון מלמדות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", א מלמד וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די וועלט, אזוי ווי עס איז נישט מעגליך אפצוציילן די שטערנס פון די וועלט - אזוי קען מען נישט אפציילן די גרויסע זכותים וואס א מלמד האט.


ווען עס קומט צו טון פאר די קינדער, אפגערעדט די צייט פון חדר, די צייט וואס מען דארף זיין מיט די קינדער - דעמאלט איז זיכער אז מען דארף אלעס לייגן אין דער זייט און נאר זיין פארנומען מיט די קינדער. אזוי אויך זייטיגע צייטן, אויב איז דא, דעמאלט צו טון פאר די קינדער; מען קען זיך אנגרייטן די לימודים פאר די קומענדיגע טעג, אדער מאכן אינטערעסאנטע פראגראמען וכו' וכו', - זאלסטו אלעס לייגן אין דער זייט, דאס מיין איך אינעם בריוו: "לייג אוועק אלעס, לאז אפ דיינע שיעורים, יעצט נעם מלומדות פאר דיין עבודת השם", און אין די איבריגע צייט - דעמאלט קען מען לערנען שיעורים כסדרן.


איך בין אמאל געווען ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו מיט נאך איינעם, יענער האט געבעטן מוהרא"ש זאל מיר הייסן אויפהערן לערנען מיינע שיעורים, יענער האט געזאגט בפני: "מוהרא"ש זאל זאגן פאר יואל זאל נאר מחזק זיין בחורים, יואל טאר נישט לערנען, זיין לערנען איז אן עבירה, ענדערש זאל ער רעדן מיט נאך א בחור און נאך א בחור"; די מעשה איז געווען אז איך האב דעמאלט געלערנט זייער אסאך, און דער אינגערמאן נרו יאיר האט מיר כסדר געזאגט אז איך טאר נישט לערנען, איך דארף נאר רעדן מיט בחורים, זיי מחזק זיין, און איך האב אים געזאגט: "איך פארשטיי אז איך דארף אויך לערנען; אויב מוהרא"ש וועט מיר זאגן אנדערש - וועל איך פאלגן"; מוהרא"ש קוקט אויף אונז און זאגט אונז מיט א שמייכל: "עס איז דא צייט פאר ביידע, עס איז דא צייט צו מחזק זיין בחורים, און צייט פאר לערנען תורה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1511 - דעם רבינ'ס חיזוק האט מיר געהאלפן און געראטעוועט
אומאן, שלום בית, חסידות ברסלב, ראש השנה, הכרת הטוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך זיץ דא אין א שפיטאל מיט מיין ווייב, און איך שפיר אז איך מוז שוין יעצט נעמען די פענע אין די הענט זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


איידער איך שרייב מיינע ווערטער וויל איך קודם ארויסגעבן מיינע רגשי הלב וואס ליגן שוין לאנג ביי מיר אנגעלייגט אויפ'ן הארצן, איך האב שוין עטליכע מאל גענומען די פענע אין מיין האנט און לא אסתייעא מילתא. ערשטנ'ס דאנק איך דעם באשעפער אז איך האב די זכי' זיך צו לערנען אביסל פון רבי'ן, פון די עצות און הנהגות, נעמען די יסודות פאר'ן לעבן און שטייגן אין עבודת השם. ספעציעל וויל איך דאנקען פאר'ן גוטן שליח - דער ראש ישיבה שליט"א, איך לעב פון די שיעורים, מיין לעבן האט באקומען א תכלית, עס האט מיר געטוישט מיין לעבן - ברוחניות ובגשמיות, אין עניני קדושה און אזוי ווייטער אויף די טעגליכע לעבנ'ס שטייגער, תורה, תפילה, שלום בית, תשובה, מעביר סדרה זיין, מקפיד זיין אויף מנין, הכרת הטוב, רעדן שיין און איידל, מידות טובות, א ריכטיגע בליק אויף די קינדער סיי די אייגענע און סיי פרעמדע, עס איז נישטא די פאסיגע ווערטער צו דאנקען דעם אייבערשטן און זיין שליח אויף דעם אלעס.


אויך וויל אביסל ארויסגעבן, אין קורצן, א קליין חלק פון מיינע הרגשים פון מיין זיין דעם פארגאנגענעם ראש השנה צום ערשטן מאל אין אומאן. טינט וועלן זיך ענדיגן און בלעטער וועט נישט זיין גענוג צו קענען ארויסגעבן וואס איך האב געשפירט און מיטגעהאלטן אין די קורצע 72 שעות וואס איך בין דארט געווען, אנגעהויבן מיט די אויפנעמען פון די חברים פון היכל הקודש, איך האב קיינעם כמעט נישט געקענט און מען האט מיר אויפגענומען מיט אזא גוטע געפיל, כאילו מען איז שוין חברים יארן לאנג, דערנאך די סליחות ערב ראש השנה, דאס דאווענען ערב ראש השנה, די שיעורים, אזא דערהויבנקייט, שוין אפגערעדט פון די תפילות ראש השנה אליין, די התעוררות און די ווארעמקייט, די נאנטשאפט צום אייבערשטן, אוי! א שאד אז ס'האט זיך געענדיגט, אזא אנגענעמקייט ביי די סעודות ראש השנה, ווער רעדט נאך פון די שיעורים ראש השנה פארנאכט, פערל ווערטער האבן זיך געגאסן עס איז געווען כמים קרים על נפש עיפה, צו האבן די ריכטיגע בליק אין יום טוב און אין לעבן, הלואי הלואי זאל איך זוכה זיין נאכאמאל איבער א יאר.


וואס איז בכלל מעגליך צו שרייבן אויף די פתיחות הלב און הרהורי תשובה וואס איך האב באקומען ביים ציון און ביי די התבודדות שפעטער. א שטארקע חיזוק איז מיר געווען די הכנה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט פאר'ן ארויפגיין צום ציון פארטאגס, אז ס'איז גענוג צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי, ווייל ווען נישט וואלט איך שטארק צובראכן געווארן, און מיט די ווערטער האב איך זיך געקענט שטארקן.


אפשר איז נישט שיין פון מיר אז איך האב נישט געשריבן ביז יעצט, אבער ס'איז בעסער שפעט ווי קיינמאל, דעריבער וויל איך יעצט אפגעבן א ישר כח אויף אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט, אויף אלע שיעורים און בריוון, וואס פון דעם נעם איך א שטיק חיות.


נאך איין נקודה וויל איך צולייגן, אז איך האב א מתנה פון הימל אז מיין ווייב שטייט מיט מיר מיט אלע שמועסן און זי הערט אויך צו די שיעורים, אזוי אז מיר זענען זיך מחזק צוזאמען.


און יעצט צו די נקודה וואס איך וויל שרייבן, היינט נאכמיטאג האט מיין ווייב מיר געקלונגען אז עס האט זיך געמאכט אן ערנסטע פראבלעם און מ'מוז שוין אפלאזן אלעס און אריינפארן אין שפיטאל. יישר כח אייבערשטער אויף די כוחות הנפש וואס ווערט אריינגעגאסן אין מיר כסדר, וואס א דאנק דעם האב איך זיך נישט פארלוירן, נאר די ערשטע זאך געדאנקט דעם אייבערשטן אויף ביז אהער און געבעטן אויף ווייטער, אודאי האבן מיר געוויינט צום באשעפער אז אלעס זאל זיין כשורה אבער מיר האבן געפילט אז איינער טראגט אונז און מיר זענען נישט אליין. נישט צופיל צייט האט גענומען און נאך א בדיקה האט מען געזען אז ס'איז דערנאך און זי האט פארלוירן, איך בין געווען זיכער אז איך גיי דארפן טרייסטן מיין ווייב און איך האב נישט געוואסט מיט וואס אנצוהויבן, למעשה האב איך גערעדט מיט איינע פון די געהילפן אין שפיטאל, ווען מיין ווייב איז נאך געווען אין צימער, און איך פרעג איר ווי אזוי מיין ווייב האט עס אנגענומען, ענטפערט זי מיר, "זי איז זייער שטארק, זי האט עס אנגענומען אזוי רואיג", און זי האט צוגעלייגט אז נישטא אסאך אזעלכע וואס זאלן זיין אזוי שטארק.


שפעטער ווען איך טרעף מיין ווייב זאגט זי מיר די ערשטע זאך נאכ'ן דערציילן די נישט גוטע בשורה, "די ערשטע זאך האב איך געזאגט מזמור לתודה". יישר כח אייבערשטער, איך בין גאר געווארן מחוזק, אזא רואיגקייט נאכ'ן זיך פלאגן שווער פאר עטליכע חדשים, און דאס מאל איז עס געווען ספעציעל שווער. מיין מח איז נישט מסוגל צו אויפכאפן די גאנצע הלוך ילך, פון וואו מען האט אזעלכע כוחות הנפש. נאר די כח פון רבי'ן, נאר די שיעורים פון ראש ישיבה, וואס ברענגט אריין אמונה שמחה און הודאה.


איך מיין אז יעדע ווארט מער איז איבעריג. דער באשעפער זאל העלפן מען זאל זיך קענען שטארקן אויף אלע שוועריקייטן און דער ראש ישיבה זאל ווייטער קענען איבערגעבן די תורת אמת פאר די קומענדיגע דור. איך בעט איבער אויב ס'איז נישט געשריבן קלאר, איך האב עס געשריבן דא אין שפיטאל, אן קיין סאך ישוב הדעת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר דיינע הרגשים פון דעם פארגאנגענעם ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן; מען קען נישט מסביר זיין וואס דאס איז ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן פאר איינעם וואס האט דאס נאכנישט טועם געווען, פון איין זייט - די התעוררות לתשובה, און פון די אנדערע זייט - א שטארקע שמחה.


וואויל איז דעם וואס איז זוכה צו קומען צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה; ער וועט אלעס פאררעכטן און זוכה זיין צו א שטארקע אמונה. דער רבי געבט א קלארע אמונה, מען שפירט זיך שטענדיג ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, מען האט נישט מורא פון קיינעם, מען ווערט נישט פארלוירן ווען זאכן גייען אנדערש ווי מען וויל, ווייל מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און טוט אלעס נאר עס זאל זיין גוט, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק, זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה.


זיי זיך מחזק אינאיינעם מיט דיין ווייב, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן; וועט איר זען גרויסע ניסים אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1510 - וועלכע ספרים קענען מיר העלפן באקומען א שטארקע אמונה און בטחון?
התחזקות, אמונה, ספרי ברסלב, אשר בנחל, צרות, בטחון, ספרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר אייער מורא'דיגע אויסגאבע 'עצתו אמונה'; מיר ליינען עס יעדן שבת, און מיר זענען אזויפיל קונה דערפון. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ווייטער קענען פארשפרייטן ריכטיגע אידישקייט און אמונה, מיט הרחבת הדעת און געזונט און אלעס גוטס.


איך האב א פראבלעם וואס מוטשעט מיר שוין א שטיק צייט, און איך האף אז איר וועט זיין די ריכטיגע שליח מיר צו העלפן.


איך האב ברוך ה' א געטרייער ערליכער מאן מיט לעכטיגע קינדער, און נאך אסאך גוטע זאכן פון אונזער זיסער טאטע אין הימל, די זאך איז אבער אז מיר זענען אריבער זייער שווערע צייטן די לעצטע פאר יאר, מיט זייער א קראנקע קינד, ווי אויך האבן מיר אסאך מיטגעמאכט מיט די שטאטישע איינגעשטעלטע, און אויך להבדיל פון אידישע 'מצוה' אידן, וואס האבן געזוכט צו מאכן א חורבן פון אונזער שטוב. ברוך ה' אונזער קינד איז שוין געזונט, מיט גרויסע חסדי ה', און פאר יענע חברה איז נישט געלונגען צו מאכן די שאדן וואס זיי האב אזוי געוואלט מאכן. אזוי ווי איך האב געזאגט, איך האב אזוי פיל צו דאנקען! למעשה אבער איז דאס אלעס נאר במחשבה, איך ווייס אז אונזער טייערע טאטע זוכט נאר אונזער גוטס און טוט נאר גוטס, אבער ווען עס קומט צו שפירן די שמחה אמת'דיג אין הארץ, ארבעט עס שוין נישט.


איך בין זייער אויפגערעגט אויף די שלעכטע נעבעכדיגע חברה, כאטש איך ווייס אז זיי זענען למעשה נאר געווען א שטעקן פון באשעפער, און אויך בין איך זייער דערשראקן אז איך וועל נאכאמאל אריינפאלן אין זייער נעץ. די זארג און שרעק שטערן מיר ממש צום לעבן. חוץ פון דעם קען איך אסאך מאל ווערן איבערגענומען פון געפילן, פון טרויער, אויף די אומגעהויערע שוועריגקייטן וואס מיר זענען דורך, און פון כעס אויף געוויסע מענטשן, און עס איז מיר שווער זיך ארויסצוזען דערפון.


וואס איך וואלט געוואלט פון אייך איז בעיקר אן עצה וועגן וועלכע ספר, אדער אינהאלטסרייכע בוך, וואס איך קען לערנען אדער ליינען כדי צוצוקומען צו אמת'ע טיפע אמונה און רואיגקייט, אמת'דיג שפירן אז אלעס קומט פון באשעפער, און איז פאר אונזער טובה. איך זאל קענען צוקומען צו א מדריגה פון זיך שרעקן נאר פון באשעפער און נישט פון קיין שום מענטש, און אפשר זאל איך אפילו קענען שוין ענדליך אינגאנצן מוחל זיין יענע חברה, א זאך וואס איז מיר נאך זייער שווער. איך ווארט נאך אויך זיי זאלן מיר בעטן מחילה, אבער איך גלייב נישט עס וועט אמאל געשען. איך האב שוין געזוכט אפאר מאל אין לייברערי עפעס פאסיג, אבער עס געלונגט מיר נישט. דער ספר זאל זיין אין אידיש אדער ענגליש, ביטע.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע ספרים צו שטארקן די אמונה און בטחון זענען דעם רבינ'ס ספרים.


עס זענען דא נאך ספרים וואס זענען געשטעלט אויף אמונה און בטחון פון צדיקים פון די פריערדיגע דורות, דאך האבן דעם רבינ'ס ספרים א ספעציעלן כח; סיי מען שפירט ווי דער ספר איז געשריבן ספעציעל פאר זיך, יעדער איינער שפירט זיך ווי מען רעדט צו אים, און סיי דער ספר לעבט, די בריוון לעבן, עס איז אויף למעשה, עס טוישט דעם מענטש. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן, אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכה פאר'ן לעבן.


בפרט אז מיר האבן זוכה געווען אין אונזער דור, מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס אראפגעברענגט פאר אונזערע מוחות, אז מיר זאלן דאס פארשטייין, מיר זאלן האבן א געפיל אין דעם; אזוי ווי א מלמד נעמט שווערע טיפע גמרות און איז דאס מסביר מיט גרינגע ווערטער אז אפילו קליינע קינדער מיט שוואכע מוחות זאלן האבן אן השגה אין דעם, דאס האט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו געטון מיט דעם רבינ'ס ספרים; ווען מען לערנט די בריוו פון ספר הקדוש אשר בנחל, און די קונטרסים - באקומט מען א שטארקע אמונה, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


ביסט אריבער שווערע ביטערע צייטן אין לעבן, פארליר זיך נישט, פארליר נישט די אמונה; טראכט נישט קיין איין מינוט 'דער איז שולדיג', 'יענער איז שולדיג'; לייג זיך אריין אין אמונה. ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה, ער חזר'ט צו זיך: 'קיינער קען מיר גארנישט טון'; ער זינגט נגוני אמונה: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער געפונט זיך אין יעדע ארט; דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס איז ער, אלעס איז דער אייבערשטער" - דאס מאכט מען זאל זיין רואיג און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1509 - ווי אזוי בין איך מחזק מיין ווייב אז קינדער איז א גוטע זאך?
שלום בית, רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן ברוך ה' א געזונט ליכטיג קינד, ער וואקסט שוין אויף גרויס ברוך ה', אבער מיין ווייב האט נישט קיין חשק צו נאך קינדער, זי האט מורא צו האבן נאך קינדער, ווי אזוי קען איך שטארקן און מחזק זיין אז ס'איז גוט צו האבן נאך קינדער? און אויב וויל זי נישט, דארף איך איר איבערלאזן?


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום ביי די דרשות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז נישט א זאך וואס מען קען ענטפערן בכלליות, דאס דארפסטו רעדן אינאיינעם מיט דיין ווייב מיט א גרויסן רב, אן ערליכער רב. עס ווענדט זיך אין איר געזונט, סיי פיזיש און סיי גייסטיש; אמאל איז דער גוף שוואך און אמאל איז די נפש אפגעשוואכט, די מח מחשבה דארף רוען.


מאך פרייליך דיין ווייב און זיי איר מכבד - וועט זי ווערן אויסגעהיילט פון אלע פראבלעמען; דער מאן דארף זיין איר טערעפיסט, דער מאן קען אויסהיילן בעסער פון אלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1508 - דורך דערמאנען נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע
שמחות, רפואה, קינדער, סגולות, עין הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח אז מיר האבן וועמען צו פרעגן.


מיר ווארטן ברוך ה' אויף א שמחה, און מיין ווייב וויל וויסן אזוי ווי יעצט איז סוף פון די גוי'אישע יאר, און יעצט איז דא צו קויפן זאכן און קליידער פאר ביליגער, אויב מ'זאל איינקויפן פון פאראויס?


אויך האבן מיר געוואלט וויסן וואס מען טוט עפעס סגולות אז אלעס זאל גיין כשורה אויפ'ן בעסטן פארנעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט מען זאל נישט קויפן פון פאראויס וועגן עין הרע.


אויף די צווייטע פראגע, וואס מען טוט וכו'; מוהרא"ש זאגט מען זאל זאגן נעמען פון צדיקים, דאס איז א סגולה פאר א גרינגע לידה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, חלק ב' סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורך דערמאנען נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע, און נאכדעם זאל מען בעטן א תפילה:


"יהי רצון מלפניך עס זאל זיין די ווילן פון דיר טאטע אין הימל, בזכות וואס איך האב געזאגט די נעמען פון די צדיקים וואס האבן זיך זייער גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בזכות זייער תורה, זייער ערליכקייט - העלף מיר איך זאל געבוירן גרינגערהייט א געזונט קינד, אלעס זאל אריבערגיין גרינג. איך בעט דיר הייליגער באשעפער, נעם אוועק פון מיר שלעכטע אויגן, קיינער זאל נישט מאכן קיין עין הרע, נישט אויף מיר און נישט אויף מיינע קינדער, העלף מיר איך זאל האבן ערליכע קינדער, הייליגע קינדער, קינדער וואס וועלן נאר טון דיין ווילן, יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, י"י צורי וגואלי, אמן כן יהי רצון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1507 - ווי אזוי מאכט מען דער יום טוב זאל זיין פרייליך?
שלום בית, חנוכה, שמחה, עבודת השם, יום טוב, תמימות, פשטות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האלטן שוין היבש נאך חנוכה, אבער איך בין נאכאלץ געבליבן מיט שווערע געפילן פון דעם יום טוב, און די זעלבע סארט פראבלעמען מאכן זיך אויך ביי אנדערע צייטן, און איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן אן עצה פאר מיר.


איך פלעג אמאל אריינלייגן אסאך כוחות אין די חנוכה ליכט, איך האב אליין צוגעגרייט די קנויטן, איך בין געגאנגען אין מקוה פאר'ן צינדען, און נאך, אבער מיט די יארן האב איך עס אויפגעהערט צו טון, איך קויף די ליכט וואס איז גרייט גלייך צום צינדען, אבער יעדעס מאל איך צינד עס אן, שפיר איך ממש ווי א פרייער וואס צינדט אן א לעקטער-מנורה.


נאך די חתונה ביך איך געגאנגען אפאר יאר מיט א שטריימל ביים צינדען, אבער איינמאל האט מיין ווייב מיר געפרעגט פארוואס איך גיי מיט א שטריימל ווען מיין טאטע גייט נישט, איך האב נישט געוואוסט וואס איר צו ענטפערן און דעריבער האב איך אויפגעהערט צו גיין מיט א שטריימל. יעצט ווען מיינע קינדער זענען אונטערגעוואקסן האב איך געוואלט צוריק טוישן, אבער כ'ווייס נישט ווי אזוי מ'טוישט פון איין טאג אויפ'ן צווייטן.


אויך ביים זיצן ביי די חנוכה לעכט האב איך פרובירט צו רעדן אביסל צום אייבערשטן, אבער כ'האב נישט געהאט קיין שום געפיל. דאס האט מיר געמאכט טראכטן אז מסתמא בין איך זייער א נידריגער מענטש אז איך פיל נישט גארנישט, ווייל אנדערע ערליכע אידן ווערן זייער צופלאמט ביי די חנוכה לעכט.


אויך וועגן שפילן דריידל מיט קוויטלעך אום חנוכה, איז יעדעס יאר דא א גאנצע ויכוח ביי אונז, ווייל ביי מיין טאטע שפילט מען נישט קיין דריידל און נישט קיין קוויטלעך, אבער ביי מיין שווער שפילט מען ביידע. איך האב מורא געהאט דאס צו שפילן, ווייל כ'האב געהערט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו שפילן קוויטלעך, אבער מיין ווייב וויל פון גארנישט הערן, אויב איר טאטע האט געשפילט קוויטלעך, איז עס גוט.


דער יום טוב חנוכה וואס דארף צו זיין א ליכטיגע און פרייליכע יום טוב, איז ביי מיר זייער טרויעריג און דערביטערט, איך שפיר יעדעס יאר ווי אנשטאט די לעכטעלעך זאלן שיינען איז עס טונקל פאר מיר.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן חיזוק און הדרכה, ווייל ענליכע פראבלעמען חזר'ן זיך איבער אויך דורכאויס די יאר, נישט נאר אום חנוכה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו מער פון די מצוה אליינס? אז דו האסט זוכה געווען אנצוצינדן די הייליגע מנורה - דאס איז דאך די גרעסטע שמחה! וואס איז שייך העכער ווי טון די רצון פונעם אייבערשטן?! די אלע זייטיגע זאכן איז אויך חשוב, מען מאכט עס נישט אוועק, אבער מען דארף געדענקען זיך צו פרייען מיט די מצוה אליינס, אז מען טוט דעם רצון פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן נישט זוכן די אלע חכמות וואס מאכן מרה שחורה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: "וְחַי בָּהֶם", 'וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם', כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען שטענדיג מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה אדער נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות, און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


מאך זיך נישט נאריש מיט מאכן אייגענע קנויטן וכדומה; אז דו ווילסט מאכן אייגענע קנויטן - קענסטו מאכן, און אז דו האסט צייט און כח צו גיין אין מקוה - גיי און מקוה, און אז דו האסט נישט קיין צייט, כח און מח פאר די זאכן - זאלסטו נישט זיין ביי זיך צעקלאפט, נאר גיי אנצינדן די מנורה מיט די גרעסטע שמחה.


אזוי זאלסטו טון ביי אלע מצוות, טון די מצוה מיט די גרעסטע שמחה. עס איז נישט גוט צו ווארטן אויף געפילן, די אלע זאכן זענען פון עצבות ומרה שחורה; מענטשן רעדן זיך איין אז אויב מען וויינט ביי א מצוה, מען ווערט גוט דעפרעסט - דעמאלט איז דאס א געלונגענע מצוה, אויב מען זיצט ביי די מנורה בעצבות, מען וויינט - דאס איז א געלונגענע חנוכה, און אויב מען איז פרייליך מיט דעם אז מען איז א איד און מען צינדט די מנורה, מען איז נישט טויט דעפרעסט - דעמאלט איז דאס א שוואכע חנוכה.


אז דו וועסט זיין פרייליך וועלן אלע פראבלעמען אוועק פאלן. עס וועט זיין שלום בית, עס וועט זיין געשמאק אין שטוב. דיין ווייב זוכט נישט דוקא צו שפילן קוויטלעך, זי וויל א פרייליכער מאן, א פרייליכע יום טוב, א פרייליכע צייט אין שטוב. זי זעט דיר אזוי דעפרעסט ביי די ליכט, זאגט זי: "קום שפילן קוויטלעך"; זי בענקט זיך צוריק צו איר טאטן אין שטוב ווען מען איז געווען פרייליך. אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט שמייכלען, דו וועסט טאנצן, דו וועסט איר געבן גוטע ווערטער - וועט זי נישט זוכן צו שפילן דעם שפיל. צדיקים זאגן אז עס ליגט א קליפה אין די שפיל פון קוויטלעך, ביי אונז האט מען דאס נישט געשפילט, אפילו אן געלט.


לייג אוועק אלע חכמות, מען האט גארנישט פון חכמות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יב): "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דאס עיקר אידישקייט איז ווען א מענטש פירט זיך ווי א פשוט'ער איד, מיט תמימות און פשיטות; פריי זיך מיט די מצוה אליינס, דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה, זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", ווען א מענטש פרייט זיך מיט די מצוות וואס ער טוט, איז א סימן אז ער איז אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#1506 - די טויערן פון הימל זענען דאך אפן, פארוואס נישט מאכן טייערע חתונות?
חובות, חתונה, אידיש געלט, גניבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות וואס איך באקום פון די שיעורים און פון די בריוו אין עצתו אמונה.


איך וואונדער מיר, און אויב איר קענט מיר עס ערקלערן וועל איך מיך זייער פרייען. איך פארשטיי אז איר שטעלט צו חתונות פאר מענטשן אין אייער קהלה פאר אומזיסט. דאס איז א מורא'דיגע חשובע זאך, און עס וואלט געווען געוואלדיג ווען מען קען עס איינפירן אויך אין אנדערע לענדער. איך וואונדער זיך אבער איין זאך; מען זאגט אז ווען מ'מאכט חתונה, עפענען זיך דאן די טויערן פון הימל, און מ'זאל נישט שפארן. איז ווי שטעלט זיך עס אפ? פארוואס זאל מען נישט מאכן א טייערע חתונה אויב די טויערן זענען סיי ווי אפן? איך מיין אייך נישט חס ושלום אפצופרעגן, אדרבה, איך וואלט אייך געוואלט נאכטון, איך בין נאר פשוט אביסל צומישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט אויב דו ווילסט חוזק מאכן, אדער דו ביסט טאקע צעמישט; קען זיין דו האסט נאכנישט חתונה געמאכט קיין קינדער, דו ווייסט נישט בצערן של ישראל, דו ווייסט נישט וואס מענטשן גייען אריבער בעת שמחתם... טייערע משפחות גייען צוגרונד ווען מען הייבט אן חתונה מאכן די קינדער, מען גייט אריין אין שווערע חובות, ביז מען ווערט פשוט קראנק, עס טרעט זיי צו צום געזונט.


א גבאי צדקה דערציילט: איך נעם צוזאם געלט פאר א צדקה צוועק, איך גיי אין שולן און אויך ביי שמחות, פאסירט אמאל ביי א חתונה, איך גיי צום מחותן, און ווי געווענליך איידער איך בעט די מחותנים געלט, מאך איך זיכער אז יענער איז טאקע דער מחותן, פרעג איך דעם מחותן: "אנטשולדיגט, איר זענט דער בעל שמחה דא?" זאגט מיר יענער: "דו זוכסט דעם בעל שמחה? קום איך וועל דיר ווייזן ווער עס איז דער בעל שמחה"; איך האב נאכנישט געוויסט וואס דא גייט פאסירן, איך האב געטראכט אז מן הסתם האב איך זיך טועה געווען. איך גיי מיט אים, ער טראגט מיר ארויס פון זאל, אריין אין אפיס, דארט זיצט דער בעל הבית פונעם זאל; ער ווייזט מיר: "דא האסטו, ער איז דער בעל שמחה"; מיט טרערן אין די אויגן זאגט ער מיר: "דו זוכסט דעם בעל שמחה? איך בין דער בעל חוב, איך בין נישט דער בעל שמחה; בעט אים צדקה, ער האט היינט נאכט געמאכט פון די חתונה שווערע טויזנטער דאלער"; דער גבאי צדקה זאגט, ער האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, ער איז געגאנגען אין די זייט און געוויינט.


די אלע וואס מאכן חוזק פון תלמידי היכל הקודש וואס מאכן חתונה פשוט, מען מאכט די שמחות אין בית המדרש אדער אין א אומזיסטיגע פלאץ, אן קיין רעש, אן קיין איבריגע זאכן, אזוי ווי די מסורה איז; אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן חתונה געהאט, אזוי ווי מען האט זיך געפירט אינדערהיים, מען האט חתונה געמאכט אין שול; די אלע, אדער זענען זיי עשירים - זיי ווייסן נישט ווי מענטשן מוטשען זיך ביים מאכן שמחות, אדער האלטן זיי נאכנישט ביי חתונה מאכן די קינדער, אדער זוכן זיי סתם אזוי חוזק צו מאכן פון ברסלב; אנדערש וואלטן זיי נישט חוזק געמאכט.


עס האט נישט צוטון אויב מען האט געלט אדער נישט; אז די הימל עפנט זיך ביי א שמחה און עס קומט שפע מיינט נישט אז מען מעג אויסגעבן געלט צו באקומען כבוד וכדומה, אויסער דעם איז דאס א גרויסע אחריות, אז די פשוטי עם וואס האבן נישט און פארמאגן נישט - דארפן זיך צושטעלן און מאכן זייערע שמחות אויף דעם אופן, די קינדער ווילן די זעלבע שמחות ווי די חברים, און אז מען האט נישט די געלטער האלט מען זיך אפ פון מאכן שידוכים מיט די קינדער, מען לאזט די קינדער ווערן עלטער. די קינדער פאלן נעבעך אין עבירות, זיי גייען אריבער שרעקליכע פיין; קיינער ווייסט נישט וואס די בחורים און מיידלעך גייען אריבער, זיי ווילן זיין ערליך אבער זיי פאלן, און ווען מען מאכט שוין א שידוך דארף מען בארגן געלט, מען ווערט א בעל חוב השם ישמרינו.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אזויפיל געשריבן אז מען זאל נישט אויסגעבן געלט ביי שמחות פאר נארישע נישטיגע זאכן, מוהרא"ש זאגט, ענדערש זאל מען נעמען די געלט און געבן פאר די פארפאלק זיי זאלן קענען לעבן, זיי זאלן זיך קענען שטעלן אויף די פיס.


וואויל איז דעם וואס בשעת א שמחה מאכט מען זיך נישט נאריש מיט זייטיגע זאכן, מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן אז מען קען חתונה מאכן די קינדער. מען פריידט זיך מיט די שמחה, מען מאכט חתונה די קינדער יונגערהייט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (יבמות סב:): "הַמַּדְרִיךְ בָּנָיו וּבְנוֹתָיו בְּדֶרֶךְ יְשָׁרָה", דער וואס איז מחנך די זין און טעכטער, "וְהֲמַשִׂיאָן סָמוּךְ לְפִרְקָן", און ער מאכט חתונה די קינדער יונגערהייט, אויף אים זאגט דער פסוק (איוב ה, כד): "וְיָדַעְתָּ כִּי שָׁלוֹם אָהֳלֶךָ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1505 - וואס טוט מען ווען די ווייב ווערט זייער אויפגערעגט און הייבט הענט?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן ברוך ה' א גוטע שלום בית, מיר ביידע ארבעטן אוועק צו געבן איינער פאר'ן צווייטן, אבער איך בין דאך נאר א מענטש, איך בין נאכנישט דער בעסטער מאן, און איך פארשטיי אז זי קען ווערן ברוגז, אבער צומאל גייט עס שוין צו ווייט, עס גייט מיט הענט.


צום ביישפיל, זי איז ברוגז אז איך רעד צו איינעם אויפ'ן טעלעפאן, ווען זי וויל איך זאל אראפלייגן, כאפ איך א טוץ פון קולות און זי גיבט מיר א בייס אריין אין מיין הענט. יעדע שטיק צייט ווען זי רעגט זיך אויף, שלאגט זי מיר פיזיש. ברוך ה' אז איך האב כאטש שכל נישט צוריק צו טון, נאר זיך ארויסדרייען און גיין צו א צווייטע צימער פאר אפאר מינוט ביז זי בארואיגט זיך, איך טשעפע איר נישט, בסך הכל איז זי ברוגז אויף זאכן וואס איך טו, למשל איך קום אהיים שפעט, אדער איך בין ארויסגעגאנגען ווען זי האט נישט געוואלט, און אזוי ווייטער. זי שפארט צו די טיר איך זאל נישט קענען אריינקומען, דאס איז א האלבע צרה, אבער ווען איך דריי זיך ארום מיט א צייכן אויפ'ן פנים, אדער געבט זי א צעברעך מיינע ברילן, דאס טוט מיר זייער וויי.


פון אזויפיל דרשות וואס דער ראש ישיבה געבט פארשטיי איך אז פרויען בלאזן און שרייען וכו', אבער שלאגן?! און גראדשענען?! אלעס איז בארעכטיגט?!


איך בעט דער ראש ישיבה זאל מיר העלפן ווייל איך קען נישט מער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעדן אויפ'ן טעלעפאן און אהיים קומען שפעט טוט זייער וויי פאר א ווייב. עס זעט אפשר אויס ווי א קלייניקייט, אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ אינעם בריוו: 'וואס טו איך שוין אזוי שלעכט אויב איך קום אהיים שפעט, און איך רעד און שפיל זיך אויפן טעלעפאן, פארדעם זאל זי ווערן אזוי ברוגז?! זי פארלירט זיך און זי בייסט מיר, זי שלאגט מיר'.


וויל איך דיר זאגן אז דו ביסט נישט גערעכט, דו דארפסט מער אכטונג געבן אויף איר און זיין גרייט פאר איר; אזוי אויך אין די צייט ווען דו ביסט אין שטוב זאלסטו נישט זיין פארנומען מיט זייטיגע זאכן.


קיינער זאגט נישט אז א פרוי מעג זיך אזוי אויפפירן, קיינער געבט נישט גערעכט צו טון אזעלכע זאכן, אפילו בלאזן און שרייען איז נישט די וועג, און זיכער נישט ניצן הענט השם ישמרינו; אבער וויסן זאלסטו, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג:): "נָשִׁים דַּעְתָּן קַלָּה", פרויען האבן נישט קיין שטארקע כח, א פרוי ווערט שנעל פארלוירן; נאך זאגן די הייליגע חכמים (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", א מענטש זאל זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען זיין ווייב, "שֶׁמִּתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה אוֹנָאָתָהּ קְרוֹבָה", ווייל פרויען וויינען זייער שנעל.


נישט אומזיסט האט דער רבי אונז זייער אנגעזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "לְכַבֵּד וּלְיַקֵּר אֶת אִשְׁתּוֹ", מכבד צו זיין די ווייב; דער רבי האט געזאגט (שם): "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם", די פרויען ליידן זייער אסאך צער און ווייטאג פון די קינדער, "צַעַר הָעִבּוּר, וְהַלֵּדָה, וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם".


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא, נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", מען זאל מכבד זיין די ווייב, דאס ברענגט מען זאל רייך ווערן; נאך זאגן די הייליגע חכמים (יבמות סג.): "דַיֵּנוּ שֶׁמְּגַדְּלוֹת אֶת בָּנֵינוּ", פאר דעם אליינס אז זיי ציען אויף די קינדער, זיי זאלן גיין אין חדר לערנען תורה - פאר דעם אליינס דארף מען זיי מכבד זיין.


איך בעט דיר זייער, פון היינט און ווייטער זאלסטו אכטונג געבן אויף דיין ווייב מער פון אלעם. קום אהיים צייטליך, און ווען דו קומסט אהיים - זאלסטו אוועק לייגן אלע דיינע שפילערייען; דיין טעלעפאן, טעבלעט, אייפאד וכדומה; געב איר די גאנצע עטענשאן - וועט זי דיך נישט בייסן, נישט גראדזשען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#1504 - האב איך ריכטיג גערעדט צו די קינדער פון קדושה?
חינוך הילדים, קדושה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלעס וואס איך באקום פונעם ראש ישיבה, בעיקר די הרהורי תשובה, דאס געשמאק אין אידישקייט, זיין פרייליך צו זיין א איד און נאך זאכן וואס איך קען נישט אנהייבן שרייבן און זאגן.


איך בין א מלמד, און אזוי ווי איך הער פון דער ראש ישיבה מען זאל רעדן צו די קינדער פון קדושה, טו איך אזוי, איך רעדט צו די קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן נישט פוגם זיין בברית, פאריגע וואך ווען איך האב גערעדט צו די קינדער פון זיין אפגעהיטן, האט א אינגל אנגעהויבן צו וויינען, איך האב אים געפרעגט פארוואס ער וויינט? האט ער מיר געזאגט ער טוט די עבירה, איך האב אים געזאגט אז דער אייבערשטער איז מוחל ווען מען טוט תשובה, מען זאגט פאר'ן אייבערטן מען גייט עס מער נישט טון, איך האב אים געזאגט ער זאל זאגן א קאפיטל תהלים, דערנאך האט ער נאכאלץ געוויינט בערך 10 מינוט, ביז ער האט זיך בארואיגט.


איך וויל וויסן אויב איך האב גוט געטון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט האסטו געטון. אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט א מלמד, דו לערנסט די קינדער תורה, יראת שמים, קדושה וטהרה. ליידער איז געווארן א נייע שיטה ביי מחנכים, נישט צו רעדן פון קדושה; דאס איז נישט גערעכט. ווי אזוי זאלן קינדער וויסן פון זיך אכטונג געבן פון קדושת היסוד, קדושת הברית?!


דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט אוועק געשטעלט א תקנה אין זיינע מוסדות אז די מלמדים זאלן רעדן צו די קינדער פון קליינווייז אן איבער די הארבקייט פון שמירת הברית, פון נישט לייגן די הענט אויפ'ן ברית, נישט אנרירן און חס וחלילה א צווייטער זאל קומען אנרירן.


עס איז דא אפגעכאפטע שמועסן פון אסיפות מלמדים, ווי רבנים, דיינים און מלמדים טענה'ען זיך מיט'ן רבי'ן זכותו יגן עלינו; זיי פרעגן: "אפשר זאל מען נישט רעדן צו קינדער פון קדושה, עס זענען דאך דא קינדער וואס ווייסן נישט בכלל פון וואס מען רעדט, וואס דארפן זיי יעצט אויסגעפונען פון דעם נסיון?" האט דער רבי זכותו יגן עלינו געזאגט: "עס איז נישט אמת; אלע קינדער וועלן דאך ביז אפאר יאר וויסן דערפון, דארף מען זיי אנגרייטן זיי זאלן זיין הייליג, נישט אנרירן דעם אות ברית קודש".


דער רבי האט דעמאלט דערמאנט די מעשה פון אליהו הנביא, וואס האט דערציילט (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח): איך בין אמאל געווען אין א גרויסע שטאט אין בבל וואו איך האב געטראפן א מלמד וואס האט געהאט צוויי הונדערט תלמידים אין די יארגענג פון אכצן ביז צוואנציג יאר, נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו דער שטאט און איך האב מער נישט געטראפן דעם מלמד, האט מען מיר געזאגט אז דער מלמד איז שוין געשטארבן, אזוי אויך זענען געשטארבן זיין ווייב און קינדער און אלע תלמידים, עס זענען איבערגעבליבן בלויז עטליכע יונגע תלמידים, איך האב אנגעהויבן זייער שטארק צו וויינען, פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה מיט די תלמידים זענען געשטארבן, איז געקומן צו מיר א מלאך פון הימל און געפרעגט: אליהו, פארוואס וויינסטו? האב איך אים געענטפערט: צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן...? וְאָמַר לִי: "לֹא יָפָה עָשִׂיתָ שֶׁאַתָּה בּוֹכֶה וּמִתְאַבֵּל וּמִתְאַנֵּחַ עֲלֵיהֶם", האט מיר דער מלאך געזאגט: וויין נישט אליהו, אָמַרְתִּי לוֹ: "מִפְּנֵי מָה?" וְאָמַר לִי: "שֶׁהֵן הָיוּ עוֹשִׂין דְּבָרִים מְכֹעָרִים וּדְבָרִים שֶׁאֵינָן רְאוּיִין, וּמְקוּלְקָלִין בְּעַצְמָם, וְהָיוּ מוֹצִיאִין שִׁכְבַת זֶרַע חִנָּם וְהֵן לֹא הָיוּ יוֹדְעִין בְּעַצְמָן שֶׁהַמִּיתָה מַשִּׂיגָתָן", זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיט'ן צווייטן; האט דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער אויסגעפירט: "זעט מען פון דעם אז עס ליגט א חוב אויף די מלמדים זיי זאלן לערנען מיט די קינדער די הארבקייט פון פוגם זיין בברית".


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט גערעדט צום קינד פון תשובה, אזוי דארף מען אלץ טון, מען דארף רעדן פון די הארבקייט און פון עונשים, און מען מוז ענדיגן מיט א וועג צו קענען זיין גוט, מען ענדיגט מיט די גרויסקייט פון תשובה, ווען מען זאגט דעם אייבערשטן: "איך גיי זיין גוט, איך גיי זיין וואויל" - איז דער אייבערשטער מוחל.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה און סייעתא דשמיא, זאלסט מצליח זיין מיט דיינע קינדער און דיינע תלמידים.

#1503 - מעג מען זאגן תהלים ביינאכט?
הלכה, תהלים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה פון די שיעורים און עס געבט מיר אסאך חיזוק.


איך וואלט זייער געוואלט וויסן אויב מען מעג זאגן תהלים ביינאכט, איך וויל זאגן תהלים אבער נישט אייביג האב איך צייט, איך קען נאר זאגן ביינאכט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט פון פוסקים (אשל אברהם מהרב הקדוש מבוטשטאטש זכותו יגן עלינו, אורח חיים סימן רלח, סעיף ב) אז מען מעג זאגן תהלים ביינאכט, ווייל מען זאגט דאס דרך בקשה, איז דאס נישט אינעם כלל פון לערנען תורה שבכתב.


שטארקט זיך מיט זאגן תהלים. דער הייליגער רבי האט אונז אנטפלעקט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) אז זאגן תהלים ברענגט צו זייער גרויסע זאכן, עס ברענגט צו תשובה שלימה, עס ווייזט די וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן.


עס איז וויכטיג צו וויסן, ווען מען זאגט תהלים קען מען רעדן צום אייבערשטן, עס איז נישט קיין הפסק; באמת איז די גאנצע תהלים די התבודדות פון דוד המלך, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן סח), דוד המלך האט זיך נישט געקענט מתבודד זיין דורכ'ן טאג, ער איז געווען א קעניג, ער איז געווען ארומגענומען מיט זיינע באדינער און סאלדאטן; ער האט געהאט אזויפיל צרות, ווען האט ער זיך געקענט מתבודד זיין? זאגט דער רבי, ווען ער איז געגאנגען שלאפן, אין בעט האט ער גערעדט צום אייבערשטן, אונטערן דעק האט ער געוויינט צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ו, ז): "אַשְׂחֶה בְּכָל לַיְלָה מִטָּתִי", איך שמועס מיטן אייבערשטן ביינאכט אין מיין בעט, "בְּדִמְעָתִי", מיט מיינע טרערן, "עַרְשִׂי אַמְסֶה", ווערט מיין בעט נאס; איז גוט ווען מען זאגט תהלים אריינצופלעכטן אייגענע תפילות, בקשות און לויב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#1502 - ווי אזוי ווערט מען פרייליך?
חיזוק פאר מיידלעך, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אייבערשטער אז איך האב נאכאמאל געענדיגט תהילים, יישר כח פאר די שיינע שיעורים און בריוון, יישר כח פאר'ן מחזק זיין צו זאגן תהילים, איך שפיר אזוי גוט נאכ'ן זאגן תהלים, עס געבט מיר א פרישקייט מיט אסאך כח.


אויך א גרויסן יישר כח פאר מיך מחזק זיין צו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס, און ספעציעל די ערשטע; יעדן טאג אויפ'ן וועג צו סקול חזר איך איבער און איבער די ערשטע אני מאמין, עס שטארקט מיר מיין אמונה, איך הייב אן זען אז אלעס איז דער אייבערשטער און אלעס פירט דער אייבערשטער.


אפשר האט דער ראש ישיבה אן עצה פאר מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין פרייליך, איך פיל אבער ווי דער יצר הרע פארגינט מיך נישט פשוט א שמייכל אויף מיין פנים, יעדעס מאל טרעף איך אן אנדערע תירוץ פארוואס נישט צו זיין פרייליך.


א גרויסן יישר כח פאר בית פיגא סקול, עס איז א מחי' צו זיין צוזאמען מיט אזעלכע טייערע ליכטיגע מיידלעך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


א' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (סוף ספורי מעשיות): "מַעֲשֶׂה הָיָה בְּצַדִּיק אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א צדיק, "שֶׁנָּפַל עָלָיו עַצְבוּת", וואס איז אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע, "וְהָעַצְבוּת כְּשֶׁמִּתְגַּבֶּרֶת עַל הַצַּדִּיק", און ווען עס פאלט ארויף א דעפרעסיע אויף א צדיק, "הִיא קָשָׁה מְאֹד עָלָיו", איז דאס זייער שווער, "כִּי עָלָיו מִתְחַזֶּקֶת בְּיוֹתֵר", ווייל אויף א צדיק איז זיך דאס מתגבר מער ווי אויף סתם א מענטש, ביז דער צדיק האט זיך ממש נישט געקענט רירן פון פלאץ, "וְרָצָה לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ", דער צדיק האט זייער געוואלט זיך פרייליך מאכן, "וּלְהָרִים עַצְמוֹ", ער האט זיך געוואלט אויפהייבן, "וְלֹא הָיָה אֶפְשָׁר לוֹ בְּשׁוּם דָּבָר", אבער ער האט נישט געטראפן קיין שום זאך מיט וואס צו זיין פרייליך, "כִּי בְּכָל דָּבָר שֶׁרָצָה לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ", ווייל יעדע זאך מיט וואס ער האט זיך געוואלט פרייליך מאכן, "מָצָא לוֹ הַבַּעַל דָּבָר בְּתוֹכוֹ עַצְבוּת", האט דער בעל דבר געטראפן עפעס מיט וואס אים צו מאכן טרויעריג.


"וְהִתְחִיל לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ בְּשִׂמְחַת 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי'", ביז דער צדיק האט זיך אנגעהויבן פרייען בשמחת 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי', ער האט זיך געפריידט מיט דעם אז ער איז נישט קיין גוי; דאס איז דאך א גרויסע שמחה, ווייל אפילו ווי נידריג, ווי געפאלן א איד זאל נאר זיין, איז ער נאכאלץ נישט קיין גוי! אפילו דער געפאלענער איד, הפחות שבפחותים, דער קלענסטער פון די קלענסטע - איז נאכאלץ טויזנטער מאל מער און הייליגער פון א גוי.


דאס איז א זאך וואס מאכט פרייליך, אנדערע זאכן קען דער יצר הרע צעברעכן; דער יצר הרע קען טרעפן אין יעדע זאך חסרונות, אבער מיט די שמחה פון 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי' - דאס קומט פונעם אייבערשטן, 'דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און מיר נישט געמאכט פאר א גוי'; ביי דעם קען דער יצר הרע נישט צעברעכן.


דער רבי פירט אויס די מעשה אז דער צדיק האט זיך אנגעהויבן מחי' זיין מיט דעם, ער איז געווארן מער און מער פרייליך, ביז ער איז צוגעקומען צו די שמחה וואס משה רבינו האט געהאט בשעת ער איז ארויף אין הימל מקבל זיין די לוחות, עיין שם די גאנצע מעשה באריכות.


דאס איז די עצה צו זיין פרייליך; אז מען טראכט אריין די גרויסע חסד השם אז מיר זענען אידן, מיר זענען נישט קיין גוים; דאס איז א זאך וואס מאכט פרייליך, כל שכן אז מיר זענען פול מיט מצוות, מיר טוען א גאנצן טאג דעם ווילן פונעם אייבערשטן, פון דעם ווערט מען פרייליך.


זייט שטארק מיט אייער עבודת השם, זאגט ווייטער תהלים יעדן טאג און חזר'ט די דרייצן אני מאמין'ס; בעיקר די ערשטע אני מאמין. אמונה שטארקט דעם מענטש מיט א שטארקייט וואס איז נישט מעגליך צו צעברעכן.


ועל כולם, רעדט צום אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך; בעטס אים אויף אייער מאמע לשון וואס איר דארפט. בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין שטענדיג פרייליך, איך וויל שטענדיג שמייכלען, זיין פאזעטיוו, שטענדיג געדענקען פון דיר"; מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.

#1501 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס מאכט נאס?
חינוך הילדים, רפואה, קינדער, בזיונות, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, מיין זון איז זיבן יאר אלט, און ער מאכט יעדע נאכט נאס, וואס איז די עצה?


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל האבן כח ממשיך צו זיין. דער ראש ישיבה ראטעוועט מיין עתיד אויף די וועלט און יענע וועלט, איך האף איך זאל אייביג בלייבן ביי די שכל און עס געדענקן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זייער אכטונג ער זאל נישט ווערן צעבראכן פון דעם, די געשוויסטער דארפן נישט מיט האלטן, ווייל די זאך פון נאס מאכן גייט אריבער מיט די צייט, ווען מען ווערט עלטער - גייט דאס אוועק; אבער די אנדערע זאך, די זאך פון ווערן פארשעמט און צעקלאפט - דאס איז א זאך וואס בלייבט דעם גאנצן לעבן, עס מאכט חרוב דעם עתיד.


ווערט נישט פארלוירן אז ער דערוועקט זיך נישט, עס איז א זאך וואס פאסירט ביי אסאך קינדער. איך האב דאס געהאט ביי מיינע קינדער, איך האב זיי מחזק געווען זיי זאלן בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, און תפילה העלפט, תפילה טוישט די טבע, תפילה איז די שטערקסטע זאך; מען דארף נאר האבן סבלנות, מען דארף בעטן און ווארטן, און בעטן און ווארטן - ביז מען זעט די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1500 - וואס האט דער רבי דערציילט "אזוי פירט דער אייבערשטער די וועלט"?
התחזקות, סיפורי צדיקים, אמונה, צרות, השגחה פרטית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן וואו איך קען טרעפן די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, וואס די סוף פון די מעשה זעט אויס אז ס'ענדיגט זיך נישט גוט, אבער דער רבי האט אויסגעפירט "אזוי פירט דער אייבערשטער זיין וועלט", וואס איז געווען די מעשה, און וואו קען איך זען די מעשה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די מעשה ווערט געברענגט אין שיחות מוהרא"ש חלק א אות אמונה, די ערשטע שטיקל אין שיחות מוהרא"ש. דארט איז פארשריבן די מעשה אזוי ווי מוהרא"ש האט עס דערציילט; דא האסטו די מעשה פונקטליך אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס מקבל געווען:


דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט דֶערְצֵיילְט פַאר אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ אַז עֶס אִיז אַמָאל גֶעוֶוען אַ אִיד מִיט אַ שֵׁיינֶע גְרוֹיסֶע מִשְׁפָּחָה מִיט קִינְדֶער, עֶר הָאט זִיךְ אָבֶּער זֵייעֶר גֶעמוּטְשֶׁעט אוֹיף פַּרְנָסָה, עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער אָרֶעמַאן, עֶר פְלֶעגְט אָפְּדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פוּנֶעם פָּרִיץ יֶעדֶעס יָאר, אָבֶּער דִי קְרֶעטְשְׁמֶע הָאט קוֹים אַרַיינְגֶעבְּרֶענְגְט עֶפֶּעס גֶעלְט, עֶס הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעקְלֶעקְט אוֹיף זַיינֶע טָאג טֶעגְלִיךְ הוֹצָאוֹת, אוּן זִיכֶער אִיז נִישְׁט אַרַיינְגֶעקוּמֶען גֶענוּג צוּ קֶענֶען צָאלְן פַארְ'ן פָּרִיץ דִי רַאטֶע, עֶר פְלֶעגְט דַארְפְן בָּארְגְן גֶעלְט צוּ קֶענֶען צָאלְן פַארְ'ן פָּרִיץ.


יֶעדֶעס יָאר וֶוען עֶס אִיז גֶעקוּמֶען דִי צַייט צוּ צָאלְן דִי יֶערְלִיכֶע רַאטֶע, הָאט דֶער פָּרִיץ עֶס נִישְׁט גֶעוָואלְט נָאכְאַמָאל פַארְדִינְגֶען פַאר אִים, וַוייל עֶר הָאט דָאךְ נִישְׁט גֶעהַאט צוּ צָאלְן גֶעהֶערִיג, דֶער פָּרִיץ הָאט גֶעוָואלְט טְרֶעפְן אַ צְוֵוייטְן וָואס זָאל אִיבֶּערְנֶעמֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע, אָבֶּער אִידִישֶׁע קִינְדֶער הָאבְּן רַחֲמָנוּת גֶעהַאט אוֹיף דֶעם אָרֶעמַאן, קֵיינֶער הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט אָפְּדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע, וִויסְנְדִיג אַז דָאס לֶעבְּן פוּן דֶעם אָרֶעמַאן מִיט זַיינֶע קִינְדֶער אִיז אָנְגֶעוָואנְדְן אִין דֶעם, אוּן אַזוֹי וִוי דֶער פָּרִיץ הָאט נִישְׁט גֶעקֶענְט טְרֶעפְן אַ צְוֵוייטְן, הָאט עֶר עֶס וִוידֶער גֶעדַארְפְט פַארְדִינְגֶען פַאר דֶעם אָרֶעמַאן פַאר נָאךְ אַ יָאר.


אֵיין יָאר אִיז אָנְגֶעקוּמֶען דָארְט אַ שְׁלֶעכְטֶער מֶענְטְשׁ, אַ גְרוֹיסֶער רָשָׁע אוּן גְּבַר אַלִּים, אוּן עֶר אִיז גֶעגַאנְגֶען צוּם פָּרִיץ אוּן גֶעזָאגְט אַז עֶר אִיז גְרֵייט צוּ צָאלְן פַאר דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פִיל מֶער גֶעלְט פוּן דֶעם אָרֶעמַאן, אוּן דֶער פָּרִיץ הָאט זִיךְ זֵייעֶר גֶעפְרֵיידְט אוּן הָאט טַאקֶע פַארְדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פַאר יֶענֶעם.


דִי אָרְטִיגֶע אִידְן הָאבְּן זִיךְ גֶעבֶּעטְן בַּיי דֶעם מֶענְטְשׁ עֶר זָאל נִישְׁט דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע רִשְׁעוּת, וִוי אַזוֹי קֶען עֶר זַיין אַזוֹי אַכְזָרִיוּת'דִיג קֶעגְן דֶעם אָרֶעמַאן מִיט אַ שְׁטוּבּ מִיט קִינְדֶער, אוּן יֶענֶער מֶענְטְשׁ הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעהַאט קַיין קִינְדֶער, זֵיי הָאבְּן פְּרוּבִּירְט מִיט אַלֶע כּוֹחוֹת אִים צוּרִיקְצוּהַאלְטְן פוּן צוּ טוּן דֶעם רִשְׁעוּת'דִיגְן אַקְט, עֶר הָאט אָבֶּער זִיךְ נִישְׁט צוּגֶעהֶערְט צוּ קֵיינֶעם, אוּן יָא אָפְּגֶעדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע.


דֶער פָּרִיץ הָאט אַרוֹיסְגֶעוָוארְפְן דֶעם אָרֶעמַאן אוֹיפְ'ן גַאס, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט קַיין הוֹיז וואוּ צוּ וואוֹינֶען, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט וָואס צוּ עֶסְן, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט מִיט וָואס צוּ פִיטֶערְן זַיינֶע קִינְדֶער, אוּן עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער רַחֲמָנוּת.


פַאר דֶעם רָשָׁע וָואס הָאט אוֹיסְגֶעכַאפְּט דֶעם אָרֶעמַאן, הָאט דִי הַצְלָחָה אָנְגֶעהוֹיבְּן שַׁיינֶען, וִוי נָאר עֶר הָאט אָפְּגֶעדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע אִיז עֶר זֵייעֶר רַייךְ גֶעוָוארְן, אוּן עֶר אִיז אוֹיךְ גֶעהָאלְפְן גֶעוָוארְן מִיט קִינְדֶער, אוּן פַאר מֶענְטְשְׁן אִיז דָאס גֶעוֶוען זֵייעֶר מָאדְנֶע, פַארְוָואס זָאל דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער גֶעבְּן פַאר דֶעם רָשָׁע אַזַא גְרוֹיסֶע הַצְלָחָה?


אוּן דֶער רֶבִּי הָאט אוֹיסְגֶעפִירְט דִי מַעֲשֶׂה, "אַזוֹי פִירְט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער דִי וֶועלְט".


מִיט דִי מַעֲשֶׂה הָאט דֶער רֶבִּי גֶעוָואלְט אַיינְבַּאקְן בַּיי אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה, נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין קַשְׁיוּת אוֹיפְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אֲפִילוּ מְ'זֶעט וִוי אַ רָשָׁע אִיז גָאר שְׁטַארְק מַצְלִיחַ, מֶענְטְשְׁן טוּעֶן שְׁרֶעקְלִיכֶע רִשְׁעוּת פַאר אַנְדֶערֶע אוּן מְ'זֶעט נִישְׁט זֵיי זָאלְן בַּאשְׁטְרָאפְט וֶוערְן אוֹיף דֶעם, פַארְקֶערְט, עֶס גֵייט זֵיי נָאר בֶּעסֶער אוּן בֶּעסֶער, טָאר אָבֶּער וֶוערְן אָפְּגֶעשְׁוַואכְט דִי אֱמוּנָה אֲפִילוּ מִיט אַ הָאר, מִיר דַארְפְן זִיךְ שְׁטַארְקְן אַז אֲפִילוּ מִיר פַארְשְׁטֵייעֶן גָארְנִישְׁט, אִיז אָבֶּער דֶער אֱמֶת אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט פּוּנְקְטְלִיךְ וָואס עֶר הָאט צוּ טוּן, אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶע חֶשְׁבּוֹן פוּן הִימְל, אֲפִילוּ מִיר פַארְשְׁטֵייעֶן עֶס נִישְׁט.


דוּרְךְ אֱמוּנָה פְּשׁוּטָה, גְלֵייבְּן אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט אַלֶעס, עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, קַיין שׁוּם זַאךְ פַּאסִירְט נִישְׁט פוּן זִיךְ אַלֵיין, אַלֶעס הָאט גֶענוֹיעֶם גוּטְן חֶשְׁבּוֹן פוּן הִימְל, אֲפִילוּ וֶוען פַאר אוּנְזֶערֶע אוֹיגְן זֶעט עֶס אוֹיס מָאדְנֶע, אָבֶּער אַז מְ'לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין אֱמוּנָה פְּשׁוּטָה קֶען מֶען זוֹכֶה זַיין צוּצוּקוּמֶען צוּ גָאר גְרוֹיסֶע מַדְרֵיגוֹת, צוּ אַ בְּחִינָה פוּן רָצוֹן, רַעֲוָא דְרַעֲוִין, אוּן זוֹכֶה זַיין מַשִׂיג צוּ זַיין פַארְוָואס עֶס זֶענֶען דָא צַדִיקִים וָואס גֵייט זֵיי שְׁלֶעכְט, אוּן פַאר רְשָׁעִים גֵייט גָאר גוּט (עַיֵין לִקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב', סִימָן ה').


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1499 - דארף מען גיין זיך זוכן בזיונות?
צרות, תשובה, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה רעדט אלץ פון די גרויסקייט פון בזיונות, האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס מיינט אויך אז מען קען גיין צו א פלאץ וואס מען ווייסט אז מען וועט דארט האבן בזיונות, למשל גיין צו געוויסע בית המדרש וואו איך מוז נישט גיין דארט, אבער איך פלעג דארט דאווענען פאר איך בין געגאנגען וואוינען אין א אנדערע שטאט, און איך קום אהין פון מאל צו מאל, איז דא אן ענין צו גיין צו א פלאץ וואס מען באקומט בזיונות? איך רעד נישט פון געפערליכע בזיונות, אז מען ווארפט מיך ארויס וכדומה, נאר שטילע בזיונות וואס מענטשן מאכן זיכער אז איך בין נישט באקוועם דארט. איך קען גיין דארט און באקומען די טשעפעס און עס אננעמען פאר א תיקון, אדער קען איך גיין אין א צווייטע פלאץ וואו איך האב מיט קיינעם גארנישט. וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי רעדט טאקע איבער דאס גרויסקייט פון האבן בזיונות, אז מען שווייגט און מען ענטפערט נישט - איז דאס א גרויסע תיקון פאר עבירות, מען פאררעכט מיט דעם אלצדינג. פון די אנדערע זייט זאגט דער רבי (ספר המדות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", א קלוגער מענטש אנטלויפט פון א צרה; איז וואס דארפסטו זיך זוכן צרות? וואס דארפסטו גיין צו א פלאץ וואו מען טשעפעט דיר?


אנשי שלומינו פלעגן זאגן, כדאי אויף צו מקבל זיין די תיקונים וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", ווען מען הערט ווי מען פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה, - אז עס פעלט נישט אויס דאס אריבער צו גיין פון מענטשן, נאר מען קען האבן די תיקונים פון זיך אליינס; ווען מען קוקט זיך אן ווי אזוי מען זעט אויס, ווי אזוי מען פירט זיך, ווי מען פאלט אין נישט גוטע מעשים - דאס איז די גרעסטע בזיון, און אז מען איז מקיים "יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", מען גייט ווייטער אן אין לעבן, מען דינט ווייטער דעם אייבערשטן - איז דאס אליינס א תיקון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1498 - יישר כח פאר אלע עצות, שיעורים, און דרשות
חסידות ברסלב, לימוד התורה, הכרת הטוב, פארנארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה', איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם וואס איך האב געענדיגט די צענטע מאל ששה סדרי משנה, און אויך גמרא מסכת יבמות וואס איך לערן על סדר הש"ס, איך האב נישט קיין ווערטער זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מיר געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


יעדעס מאל וואס דער יצר הרע קומט צו מיר מיט זיינע טענות, פארוואס איך בין משוגע געווארן, פארוואס איך האב זיך אנגעהויבן זוכן נייע וועגן, געב איך נאכאמאל א קוק איבער ווי אזוי איך האב אויסגעזען פארדעם, איך בין טאקע געגאנגען יעדע נאכט צו א שיעור, וואס דער מגיד שיעור דארט האט באמת פלייסיג געזאגט דעם שיעור, אבער מיט מיר האט עס גארנישט געהאט. און יעצט ברוך ה' גייט נישט אריבער א טאג אן משניות, גמרא, ברייתא, חומש רש"י, מדרש, ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, אוצר האמונה, עצתו אמונה, תהילים, שוחן ערוך מחבר רמ"א. און איך בין נאך אויך ברוך ה' פארנומען מיט מיינע טייערע קינדער בלע"ה, איך ארבעט אין א חדר, און נאכאלץ קומט אן זייער פיל.


יישר כח פאר אלע עצות, שיעורים, און דרשות, דאס איז ממש לופט צו אטעמען, דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה זאל ווייטער קענען מרביץ תורה זיין אן קיין שטערונגען מיט אסאך הצלחה און נחת מיט אלעס גוטס.


נ. ב. איך שרייב דעם בריוו זיך צו באדאנקען, נישט אלס א שאלה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי די ערשטע מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה א) ווי מען האט אפגערעדט דעם שני למלכות, ווען דער ווילדער מענטש איז געקומען צום שני למלכות און אים אפגערעדט, ער האט אים געזאגט: "מען האט דיר איינגערעדט א נארישקייט", און אים געשיקט צו זיין ברודער וואס איז ממונה אויף די עופות, יענער ברודער האט אים אויך אפגערעדט און געזאגט: "מען האט דיר א נארישקייט איינגערעדט", און אים געשיקט צו זיין ברודער, דער וואס איז ממונה אויף די ווינטן; אלע גרויסע ווילדע מענטשן האבן אפגעלאכט פון דעם שני למלכות.


זאגט דער רבי, דער שני למלכות האט זייער געוויינט און האט פאר אלעמען געענטפערט דעם זעלבן לשון: "עס איז בוודאי יא דא!" זיי האבן אים געזאגט: "מען האט דיר איינגערעדט א נארישקייט", און ער זאגט זיי דעם לשון: "עס איז בודאי יא דא!" זאגט מוהרא"ש, די ראשי תיבות פון די ווערטער: "ב'ודאי י'א ד'א" איז "בְּיַד", אין מיין האנט; קוק וואס איך האב אין מיינע הענט.


די ווילדע מענטשן, די מתנגדים מאכן חוזק: 'עס איז נישט קיין גוטע פלאץ', זיי שפעטן פון די עצות וואס מיר הערן פון רבי'ן; וואס איז די עצה נישט צו ווערן צעפאלן? איך קוק אין מיין האנט! וואס האב איך אין האנט? איך זע וואס דער צדיק געבט מיר; דער רבי געבט מיר לערנען תורה, איך האב שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, איך ענדיג יעדע וואך די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, איך האב א שיעור אין משניות, איך זאג פרקים משניות; איך האב שוין מסיים געווען עטליכע מאל ששה סדרי משנה. אזוי אויך מיט גמרא, און אזוי ווייטער. איך קוק אין מיין האנט, איך זע וואס איך האב אין האנט, איך דאווען, איך בין זיך מתבודד, איך לעב שיין מיט מיין ווייב, איך בין מחנך מיינע קינדער, איך האב פולע אוצרות אין מיין האנט.


דאס איז געווען די שטארקייט פונעם שני למלכות, ער האט אלץ געקוקט אין זיין האנט, 'וואס באקום איך ביים צדיק?' און דאס איז די שטארקייט פון תלמידי היכל הקודש. ווען עס קומען מתנגדים, סיי מתנגדים אין די לבוש פון א מענטש, סיי מתנגדים אין מח מחשבה, די אלע סארט בלבולים וואס קומען אריין אין פרישע מקורבים: 'בין איך יא אין א גוטע פלאץ? בין איך אין א משוגע'נע פלאץ? מען האט יא געהאלטן פון די פלאץ? מען האט נישט געהאלטן פון די פלאץ?' - איז די וויכטיגסטע זאך צו קוקן: 'וואס האב איך אין מיין האנט?'


אזוי ווי בגשמיות לאזט זיך א מענטש נישט נארן, ער קוקט שטענדיג אויב ער איז מרויח; קיינער ארבעט נישט בחינם, קיינער וועט נישט ארבעטן אין א פלאץ וואס מען צאלט נישט, קיינער וועט נישט ארבעטן אויב מען איז נישט מרוויח גוטע רווחים; אזוי, און נאך מער - איז ברוחניות. אז איך דריי זיך אין א פלאץ, איך האב געטראפן א רבי, א מורה דרך, אן ערליכער איד, א חבורה - דארף איך שטענדיג קוקן אויב איך בין מרוויח; אויב בין איך מרוויח, איך לערן, איך דאווען, איך באקום שלום בית. אויב מען האט יא געהאלטן פון דעם פלאץ אדער נישט - דאס גייט מיר שוין נישט אן, איך קוק "בְּיַד" - אין מיין האנט.


גיי ווייטער אן מיט דיינע שיעורים כסדרן; לערן משניות נאכאמאל און נאכאמאל אן אן ענדע, און לערן ווייטער ש"ס כסדרן, הלכה, און דעם רבינ'ס ספרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.