שאלה אין קורצן ענין
#1500 - וואס האט דער רבי דערציילט "אזוי פירט דער אייבערשטער די וועלט"?
התחזקות, סיפורי צדיקים, אמונה, צרות, השגחה פרטית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן וואו איך קען טרעפן די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, וואס די סוף פון די מעשה זעט אויס אז ס'ענדיגט זיך נישט גוט, אבער דער רבי האט אויסגעפירט "אזוי פירט דער אייבערשטער זיין וועלט", וואס איז געווען די מעשה, און וואו קען איך זען די מעשה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די מעשה ווערט געברענגט אין שיחות מוהרא"ש חלק א אות אמונה, די ערשטע שטיקל אין שיחות מוהרא"ש. דארט איז פארשריבן די מעשה אזוי ווי מוהרא"ש האט עס דערציילט; דא האסטו די מעשה פונקטליך אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס מקבל געווען:


דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט דֶערְצֵיילְט פַאר אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ אַז עֶס אִיז אַמָאל גֶעוֶוען אַ אִיד מִיט אַ שֵׁיינֶע גְרוֹיסֶע מִשְׁפָּחָה מִיט קִינְדֶער, עֶר הָאט זִיךְ אָבֶּער זֵייעֶר גֶעמוּטְשֶׁעט אוֹיף פַּרְנָסָה, עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער אָרֶעמַאן, עֶר פְלֶעגְט אָפְּדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פוּנֶעם פָּרִיץ יֶעדֶעס יָאר, אָבֶּער דִי קְרֶעטְשְׁמֶע הָאט קוֹים אַרַיינְגֶעבְּרֶענְגְט עֶפֶּעס גֶעלְט, עֶס הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעקְלֶעקְט אוֹיף זַיינֶע טָאג טֶעגְלִיךְ הוֹצָאוֹת, אוּן זִיכֶער אִיז נִישְׁט אַרַיינְגֶעקוּמֶען גֶענוּג צוּ קֶענֶען צָאלְן פַארְ'ן פָּרִיץ דִי רַאטֶע, עֶר פְלֶעגְט דַארְפְן בָּארְגְן גֶעלְט צוּ קֶענֶען צָאלְן פַארְ'ן פָּרִיץ.


יֶעדֶעס יָאר וֶוען עֶס אִיז גֶעקוּמֶען דִי צַייט צוּ צָאלְן דִי יֶערְלִיכֶע רַאטֶע, הָאט דֶער פָּרִיץ עֶס נִישְׁט גֶעוָואלְט נָאכְאַמָאל פַארְדִינְגֶען פַאר אִים, וַוייל עֶר הָאט דָאךְ נִישְׁט גֶעהַאט צוּ צָאלְן גֶעהֶערִיג, דֶער פָּרִיץ הָאט גֶעוָואלְט טְרֶעפְן אַ צְוֵוייטְן וָואס זָאל אִיבֶּערְנֶעמֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע, אָבֶּער אִידִישֶׁע קִינְדֶער הָאבְּן רַחֲמָנוּת גֶעהַאט אוֹיף דֶעם אָרֶעמַאן, קֵיינֶער הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט אָפְּדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע, וִויסְנְדִיג אַז דָאס לֶעבְּן פוּן דֶעם אָרֶעמַאן מִיט זַיינֶע קִינְדֶער אִיז אָנְגֶעוָואנְדְן אִין דֶעם, אוּן אַזוֹי וִוי דֶער פָּרִיץ הָאט נִישְׁט גֶעקֶענְט טְרֶעפְן אַ צְוֵוייטְן, הָאט עֶר עֶס וִוידֶער גֶעדַארְפְט פַארְדִינְגֶען פַאר דֶעם אָרֶעמַאן פַאר נָאךְ אַ יָאר.


אֵיין יָאר אִיז אָנְגֶעקוּמֶען דָארְט אַ שְׁלֶעכְטֶער מֶענְטְשׁ, אַ גְרוֹיסֶער רָשָׁע אוּן גְּבַר אַלִּים, אוּן עֶר אִיז גֶעגַאנְגֶען צוּם פָּרִיץ אוּן גֶעזָאגְט אַז עֶר אִיז גְרֵייט צוּ צָאלְן פַאר דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פִיל מֶער גֶעלְט פוּן דֶעם אָרֶעמַאן, אוּן דֶער פָּרִיץ הָאט זִיךְ זֵייעֶר גֶעפְרֵיידְט אוּן הָאט טַאקֶע פַארְדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פַאר יֶענֶעם.


דִי אָרְטִיגֶע אִידְן הָאבְּן זִיךְ גֶעבֶּעטְן בַּיי דֶעם מֶענְטְשׁ עֶר זָאל נִישְׁט דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע רִשְׁעוּת, וִוי אַזוֹי קֶען עֶר זַיין אַזוֹי אַכְזָרִיוּת'דִיג קֶעגְן דֶעם אָרֶעמַאן מִיט אַ שְׁטוּבּ מִיט קִינְדֶער, אוּן יֶענֶער מֶענְטְשׁ הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעהַאט קַיין קִינְדֶער, זֵיי הָאבְּן פְּרוּבִּירְט מִיט אַלֶע כּוֹחוֹת אִים צוּרִיקְצוּהַאלְטְן פוּן צוּ טוּן דֶעם רִשְׁעוּת'דִיגְן אַקְט, עֶר הָאט אָבֶּער זִיךְ נִישְׁט צוּגֶעהֶערְט צוּ קֵיינֶעם, אוּן יָא אָפְּגֶעדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע.


דֶער פָּרִיץ הָאט אַרוֹיסְגֶעוָוארְפְן דֶעם אָרֶעמַאן אוֹיפְ'ן גַאס, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט קַיין הוֹיז וואוּ צוּ וואוֹינֶען, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט וָואס צוּ עֶסְן, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט מִיט וָואס צוּ פִיטֶערְן זַיינֶע קִינְדֶער, אוּן עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער רַחֲמָנוּת.


פַאר דֶעם רָשָׁע וָואס הָאט אוֹיסְגֶעכַאפְּט דֶעם אָרֶעמַאן, הָאט דִי הַצְלָחָה אָנְגֶעהוֹיבְּן שַׁיינֶען, וִוי נָאר עֶר הָאט אָפְּגֶעדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע אִיז עֶר זֵייעֶר רַייךְ גֶעוָוארְן, אוּן עֶר אִיז אוֹיךְ גֶעהָאלְפְן גֶעוָוארְן מִיט קִינְדֶער, אוּן פַאר מֶענְטְשְׁן אִיז דָאס גֶעוֶוען זֵייעֶר מָאדְנֶע, פַארְוָואס זָאל דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער גֶעבְּן פַאר דֶעם רָשָׁע אַזַא גְרוֹיסֶע הַצְלָחָה?


אוּן דֶער רֶבִּי הָאט אוֹיסְגֶעפִירְט דִי מַעֲשֶׂה, "אַזוֹי פִירְט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער דִי וֶועלְט".


מִיט דִי מַעֲשֶׂה הָאט דֶער רֶבִּי גֶעוָואלְט אַיינְבַּאקְן בַּיי אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה, נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין קַשְׁיוּת אוֹיפְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אֲפִילוּ מְ'זֶעט וִוי אַ רָשָׁע אִיז גָאר שְׁטַארְק מַצְלִיחַ, מֶענְטְשְׁן טוּעֶן שְׁרֶעקְלִיכֶע רִשְׁעוּת פַאר אַנְדֶערֶע אוּן מְ'זֶעט נִישְׁט זֵיי זָאלְן בַּאשְׁטְרָאפְט וֶוערְן אוֹיף דֶעם, פַארְקֶערְט, עֶס גֵייט זֵיי נָאר בֶּעסֶער אוּן בֶּעסֶער, טָאר אָבֶּער וֶוערְן אָפְּגֶעשְׁוַואכְט דִי אֱמוּנָה אֲפִילוּ מִיט אַ הָאר, מִיר דַארְפְן זִיךְ שְׁטַארְקְן אַז אֲפִילוּ מִיר פַארְשְׁטֵייעֶן גָארְנִישְׁט, אִיז אָבֶּער דֶער אֱמֶת אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט פּוּנְקְטְלִיךְ וָואס עֶר הָאט צוּ טוּן, אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶע חֶשְׁבּוֹן פוּן הִימְל, אֲפִילוּ מִיר פַארְשְׁטֵייעֶן עֶס נִישְׁט.


דוּרְךְ אֱמוּנָה פְּשׁוּטָה, גְלֵייבְּן אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט אַלֶעס, עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, קַיין שׁוּם זַאךְ פַּאסִירְט נִישְׁט פוּן זִיךְ אַלֵיין, אַלֶעס הָאט גֶענוֹיעֶם גוּטְן חֶשְׁבּוֹן פוּן הִימְל, אֲפִילוּ וֶוען פַאר אוּנְזֶערֶע אוֹיגְן זֶעט עֶס אוֹיס מָאדְנֶע, אָבֶּער אַז מְ'לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין אֱמוּנָה פְּשׁוּטָה קֶען מֶען זוֹכֶה זַיין צוּצוּקוּמֶען צוּ גָאר גְרוֹיסֶע מַדְרֵיגוֹת, צוּ אַ בְּחִינָה פוּן רָצוֹן, רַעֲוָא דְרַעֲוִין, אוּן זוֹכֶה זַיין מַשִׂיג צוּ זַיין פַארְוָואס עֶס זֶענֶען דָא צַדִיקִים וָואס גֵייט זֵיי שְׁלֶעכְט, אוּן פַאר רְשָׁעִים גֵייט גָאר גוּט (עַיֵין לִקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב', סִימָן ה').


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1499 - דארף מען גיין זיך זוכן בזיונות?
צרות, תשובה, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה רעדט אלץ פון די גרויסקייט פון בזיונות, האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס מיינט אויך אז מען קען גיין צו א פלאץ וואס מען ווייסט אז מען וועט דארט האבן בזיונות, למשל גיין צו געוויסע בית המדרש וואו איך מוז נישט גיין דארט, אבער איך פלעג דארט דאווענען פאר איך בין געגאנגען וואוינען אין א אנדערע שטאט, און איך קום אהין פון מאל צו מאל, איז דא אן ענין צו גיין צו א פלאץ וואס מען באקומט בזיונות? איך רעד נישט פון געפערליכע בזיונות, אז מען ווארפט מיך ארויס וכדומה, נאר שטילע בזיונות וואס מענטשן מאכן זיכער אז איך בין נישט באקוועם דארט. איך קען גיין דארט און באקומען די טשעפעס און עס אננעמען פאר א תיקון, אדער קען איך גיין אין א צווייטע פלאץ וואו איך האב מיט קיינעם גארנישט. וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי רעדט טאקע איבער דאס גרויסקייט פון האבן בזיונות, אז מען שווייגט און מען ענטפערט נישט - איז דאס א גרויסע תיקון פאר עבירות, מען פאררעכט מיט דעם אלצדינג. פון די אנדערע זייט זאגט דער רבי (ספר המדות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", א קלוגער מענטש אנטלויפט פון א צרה; איז וואס דארפסטו זיך זוכן צרות? וואס דארפסטו גיין צו א פלאץ וואו מען טשעפעט דיר?


אנשי שלומינו פלעגן זאגן, כדאי אויף צו מקבל זיין די תיקונים וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", ווען מען הערט ווי מען פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה, - אז עס פעלט נישט אויס דאס אריבער צו גיין פון מענטשן, נאר מען קען האבן די תיקונים פון זיך אליינס; ווען מען קוקט זיך אן ווי אזוי מען זעט אויס, ווי אזוי מען פירט זיך, ווי מען פאלט אין נישט גוטע מעשים - דאס איז די גרעסטע בזיון, און אז מען איז מקיים "יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", מען גייט ווייטער אן אין לעבן, מען דינט ווייטער דעם אייבערשטן - איז דאס אליינס א תיקון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1498 - יישר כח פאר אלע עצות, שיעורים, און דרשות
חסידות ברסלב, לימוד התורה, הכרת הטוב, פארנארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה', איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם וואס איך האב געענדיגט די צענטע מאל ששה סדרי משנה, און אויך גמרא מסכת יבמות וואס איך לערן על סדר הש"ס, איך האב נישט קיין ווערטער זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מיר געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


יעדעס מאל וואס דער יצר הרע קומט צו מיר מיט זיינע טענות, פארוואס איך בין משוגע געווארן, פארוואס איך האב זיך אנגעהויבן זוכן נייע וועגן, געב איך נאכאמאל א קוק איבער ווי אזוי איך האב אויסגעזען פארדעם, איך בין טאקע געגאנגען יעדע נאכט צו א שיעור, וואס דער מגיד שיעור דארט האט באמת פלייסיג געזאגט דעם שיעור, אבער מיט מיר האט עס גארנישט געהאט. און יעצט ברוך ה' גייט נישט אריבער א טאג אן משניות, גמרא, ברייתא, חומש רש"י, מדרש, ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, אוצר האמונה, עצתו אמונה, תהילים, שוחן ערוך מחבר רמ"א. און איך בין נאך אויך ברוך ה' פארנומען מיט מיינע טייערע קינדער בלע"ה, איך ארבעט אין א חדר, און נאכאלץ קומט אן זייער פיל.


יישר כח פאר אלע עצות, שיעורים, און דרשות, דאס איז ממש לופט צו אטעמען, דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה זאל ווייטער קענען מרביץ תורה זיין אן קיין שטערונגען מיט אסאך הצלחה און נחת מיט אלעס גוטס.


נ. ב. איך שרייב דעם בריוו זיך צו באדאנקען, נישט אלס א שאלה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי די ערשטע מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה א) ווי מען האט אפגערעדט דעם שני למלכות, ווען דער ווילדער מענטש איז געקומען צום שני למלכות און אים אפגערעדט, ער האט אים געזאגט: "מען האט דיר איינגערעדט א נארישקייט", און אים געשיקט צו זיין ברודער וואס איז ממונה אויף די עופות, יענער ברודער האט אים אויך אפגערעדט און געזאגט: "מען האט דיר א נארישקייט איינגערעדט", און אים געשיקט צו זיין ברודער, דער וואס איז ממונה אויף די ווינטן; אלע גרויסע ווילדע מענטשן האבן אפגעלאכט פון דעם שני למלכות.


זאגט דער רבי, דער שני למלכות האט זייער געוויינט און האט פאר אלעמען געענטפערט דעם זעלבן לשון: "עס איז בוודאי יא דא!" זיי האבן אים געזאגט: "מען האט דיר איינגערעדט א נארישקייט", און ער זאגט זיי דעם לשון: "עס איז בודאי יא דא!" זאגט מוהרא"ש, די ראשי תיבות פון די ווערטער: "ב'ודאי י'א ד'א" איז "בְּיַד", אין מיין האנט; קוק וואס איך האב אין מיינע הענט.


די ווילדע מענטשן, די מתנגדים מאכן חוזק: 'עס איז נישט קיין גוטע פלאץ', זיי שפעטן פון די עצות וואס מיר הערן פון רבי'ן; וואס איז די עצה נישט צו ווערן צעפאלן? איך קוק אין מיין האנט! וואס האב איך אין האנט? איך זע וואס דער צדיק געבט מיר; דער רבי געבט מיר לערנען תורה, איך האב שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, איך ענדיג יעדע וואך די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, איך האב א שיעור אין משניות, איך זאג פרקים משניות; איך האב שוין מסיים געווען עטליכע מאל ששה סדרי משנה. אזוי אויך מיט גמרא, און אזוי ווייטער. איך קוק אין מיין האנט, איך זע וואס איך האב אין האנט, איך דאווען, איך בין זיך מתבודד, איך לעב שיין מיט מיין ווייב, איך בין מחנך מיינע קינדער, איך האב פולע אוצרות אין מיין האנט.


דאס איז געווען די שטארקייט פונעם שני למלכות, ער האט אלץ געקוקט אין זיין האנט, 'וואס באקום איך ביים צדיק?' און דאס איז די שטארקייט פון תלמידי היכל הקודש. ווען עס קומען מתנגדים, סיי מתנגדים אין די לבוש פון א מענטש, סיי מתנגדים אין מח מחשבה, די אלע סארט בלבולים וואס קומען אריין אין פרישע מקורבים: 'בין איך יא אין א גוטע פלאץ? בין איך אין א משוגע'נע פלאץ? מען האט יא געהאלטן פון די פלאץ? מען האט נישט געהאלטן פון די פלאץ?' - איז די וויכטיגסטע זאך צו קוקן: 'וואס האב איך אין מיין האנט?'


אזוי ווי בגשמיות לאזט זיך א מענטש נישט נארן, ער קוקט שטענדיג אויב ער איז מרויח; קיינער ארבעט נישט בחינם, קיינער וועט נישט ארבעטן אין א פלאץ וואס מען צאלט נישט, קיינער וועט נישט ארבעטן אויב מען איז נישט מרוויח גוטע רווחים; אזוי, און נאך מער - איז ברוחניות. אז איך דריי זיך אין א פלאץ, איך האב געטראפן א רבי, א מורה דרך, אן ערליכער איד, א חבורה - דארף איך שטענדיג קוקן אויב איך בין מרוויח; אויב בין איך מרוויח, איך לערן, איך דאווען, איך באקום שלום בית. אויב מען האט יא געהאלטן פון דעם פלאץ אדער נישט - דאס גייט מיר שוין נישט אן, איך קוק "בְּיַד" - אין מיין האנט.


גיי ווייטער אן מיט דיינע שיעורים כסדרן; לערן משניות נאכאמאל און נאכאמאל אן אן ענדע, און לערן ווייטער ש"ס כסדרן, הלכה, און דעם רבינ'ס ספרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1497 - ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן ווען מיינע קינדער לערנען נישט אין ברסלב?
חינוך הילדים, קינדער, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהאט געשריבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א איבער מיינע קינדער וואס מ'מאכט זיי פאר פראבלעמען אין די מוסדות כדי צו מאכן געלט אויף זיי, איך וויל זייער שטארק זיי אריינשיקן אין די ברסלב'ע מוסדות, אבער דערווייל וויל מיין ווייב נישט הערן דערפון.


איך פאלג וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן נישט זיך צו קריגן מיר איר, איך זאל נישט רעדן פון דעם, וואס קען איך אבער טון? מיין הארץ גייט מיר אויס פאר מיינע קינדער, איך וויל אזוי שטארק זיי זאלן לערנען אין בית פיגא.


איך האב געזאגט פאר מיינע טעכטער ביי די סעודה אז שבת איז די בעסטע טאג פון די וואך, האבן זיי געזאגט אז אויך זונטאג איז די שענסטע טאג פון די וואך, ווייל זונטאג איז אויך נישט דא קיין סקול.


איך בעט דער ראש ישיבה זאל נישט זיין ברוגז אויף מיר, אבער איך האלט עס נישט אויס, איך וויל מיינע טעכטער זאלן האבן די זיסע לעבן וואס מען באקומט ביים רבי'ן, וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט דוחק את השעה; די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סד.): "כָּל הַדּוֹחַק אֶת הַשָּׁעָה - הַשָּׁעָה דוֹחַקְתּוֹ", מען זאל זיך נישט עקשנ'ען אז עס מוז יעצט זיין אזוי און אזוי; דו ביסט גערעכט מיט דעם וואס דו ווילסט אז דיינע קינדער זאלן באקומען די לימודים אזוי ווי דו לעבסט, דו ווילסט זיי זאלן אויך לעבן פיר און צוואנציג שעה מיט'ן אייבערשטן, זיי זאלן לעבן מיט דאנקען דעם אייבערשטן, רעדן צום אייבערשטן; אבער אז דיין ווייב עקשנ'ט זיך, זי וויל נישט הערן פון גארנישט - זאלסטו האבן שכל נישט צו רעדן פון דעם.


דו וואוינסט דאך סמוך ונראה צום ציון פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו פון סאטמער, גיי ארויף יעדן טאג דארט צום ציון און בעט פאר דיר, פאר דיינע דורות און פאר אלע אידן, ביי א ציון פון א צדיק קען מען פועל'ן גרויסע ישועות. דערצייל אלעס וואס גייט אריבער מיט דיינע קינדער, ווי שטארק דו ווילסט זיי זאלן באקומען א הייליגע חינוך, אן ערליכן חינוך; בעט דעם אייבערשטן זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, און אלע דורות זאלן זיין ערליך.


דיין ווייב זאלסטו נאר אויפבויען; געב איר גוטע ווערטער, א ווייב דארף מען געבן אסאך גוטע ווערטער. אז דו האסט נישט קיין געלט - זאלסטו איר בארואיגן, זאג איר: "נאך אביסל גייט זיין גרויס שפע, איך וועל דיר אלעס געבן וואס דו ווילסט"; מיט דעם וועסטו אריינברענגען די שכינה הקדושה אין שטוב, עס וועט זיין אלע ברכות ביי דיר אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1496 - ווי אזוי פירט מען זיך ניטל נאכט ווען עס פאלט אויס שבת?
שבת קודש, הלכה, מנהגים, ניטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי אזוי פירט מען זיך ניטל נאכט ווען עס פאלט אויס שבת? וואס קען מען יא לערנען און וואס לערנט מען נישט? חיזוק בריוון פון עצתו אמונה קען מען לערנען? און וואס איז לגבי זמירות שבת און דברי תורה ביים שבת טיש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז מאכט מען נישט קיין עסק פון ניטל.


לערן און זיי זיך מחזק מיט די בריוון פון עצתו אמונה, זינג זמירות און דערצייל שיינע זאכן ביים שבת טיש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1495 - ווי אזוי קען איך העלפן מיין ווייב?
שלום בית, רפואה, טערעפי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוטשע זיך שוין זייער לאנג מיט מיין ווייב, זי טענה'ט אז איך העלף נישט גענוג, אפילו איך טו מער ווי די כוחות איר צו העלפן, און אזוי ווייטער איז נאך פילע זאכן וואס זי הערט נישט אויף זיך אפצורעדן אויף מיר.


לעצטנס האט מיין ווייב זייער שטארק געוואלט גיין צו א טערעפיסט, און דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט איך זאל גיין מיט איר, יענער האט מיר מסביר געווען אז מיין ווייב קוקט מיך נישט ארויף ווייל איך בין צו א ווייכער און איך פארלאנג קיינמאל נישט פון איר קיין שום זאך, און ווי אזוי זי גייט און וואס זי טוט בין איך אלץ צופרידן, און דאס מאכט אז זי זאל מיך אראפקוקן, ווייל א פרוי דארף א שטארקער מאן.


פאר מיר איז עס געווען זייער אינטערעסאנט צו הערן, ווייל פארוואס זאל א פרוי אראפקוקן איר מאן נאר ווייל ער איז א גוטער און א ווייכער, און אויב וועל איך שרייען און זיך רעגן אויף יעדע זאך און זיין א שטארקער מחמיר אויף יעדע קליינע חומרא, וועט זי מיך דעמאלט אנהויבן ארויפקוקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך נישט צוטון פון די פותרי חלומות פון פרעה; א שאד די צייט פאר די נארישקייטן, נאר עצות פון צדיקים איז גוט נאך צו גיין.


דאס וואס איך האב דיר געהייסן גיין מיט דיין ווייב וכו' - איז נישט אז דו זאלסט אויסהערן וואס זיי זאגן, זיי האבן נישט וואס צו זאגן, זיי האבן נישט וואס צו פארקויפן, זיי קענען זיך אליינס נישט העלפן; ווי קענען זיי העלפן א צווייטן? נאר אז די ווייב וויל גיין צו טערעפי - גייט מען למען השלום און מען האט אינזין צו פטר'ן די מרור.


דו פאלג דעם רבינ'ס עצות - וועסטו האבן א גוט לעבן; עצות פון צדיקים איז דער וועג ווי אזוי מען קען האבן א חיים טובים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז): "הָעֵצוֹת שֶׁל הַצַּדִּיק הֵם כּוּלוֹ זֶרַע אֱמֶת"; מיט די עצות וואלט יעדער מענטש געקענט האבן א חיים טובים, די עצה פון רבי'ן איז פארקערט ווי יענער האט דיר געזאגט; דער רבי זאגט (שם, סימן רב): "צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", מען זאל געבן כבוד פון די ווייב, ווייל פרויען דארפן אסאך כבוד און זיי זענען זייער מקפיד אויף כבוד; זאלסטו רעדן שיין, ווייך און הארציג, און איר נאר אויפבויען, נאר אויפהייבן - וועט זי מיט דער צייט ווערן שטארק און האבן כח.


די בעסטע טערעפי פאר א פרוי - איז דער מאן, א מאן קען אויפבויען זיין ווייב זי זאל זיין געזונט און שטארק, און מיט אסאך סבלנות קען מען ארויסנעמען אלע אלטע ווייטאג פון אלס קינד, פון שטוב און פון סקול, מען דארף אויסהערן און לאזן אויסרעדן - אפילו מען האט נישט וואס צו ענטפערן, מען ווייסט נישט וואס צו ענטפערן.


זע צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן און זיי שטארק אין התבודדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1494 - פארוואס האט מוהרא"ש זי"ע זיך געפירט מיט רעביסטעווע?
חסידות ברסלב, צדיקים, מנהיגים, כבוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך אז אין ברסלב איז נישט קיין "רעביסטעווע", אין ברסלב איז נישטא קיין אדמורי"ם, נאר דער הייליגער רבי איז אונזער רבי. רבי נתן האט געשריגן, "עס וועט נישט זיין קיין רבי, נאר דער הייליגער רבי". און אזוי איז טאקע אנגענומען ביי חסידי ברסלב אז קיינער פירט נישט קיין רעביסטעווע.


אבער אין היכל הקודש זע איך אז ס'איז אנדערש. סיי ביי מוהרא"ש זי"ע, און יבדל לחיים טובים ארוכים אויך ביים ראש ישיבה שליט"א, זע איך אזויפיל רעביסטעווע זאכן, ווי צום ביישפיל טאנצן מצוה טאנץ, שיריים, א שיינע בענקל, מ'פירט טישן, און אזוי ווייטער.


איך מיין נישט קיין חוצפה, איך פרעג פשוט וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס פארענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט געטון די זאכן נאר צוליב איין סיבה, צו מקרב זיין וואס מער מענטשן לאבינו שבשמים. ביי אסאך מענטשן איז דא א קטנות הדעת פון די סארט זאכן, פון א שיינע בעקיטשע וכדומה, און נאר ווען זיי זעען אזעלכע זאכן - הערן זיי אויס און זענען מקבל וכו'. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (שבת קמה:): "מפני מה תלמידי חכמים שבבל מציונים", פארוואס גייען די תלמידי חכמים אין חוץ לארץ מיט שיינע בעקיטשעס? "מפני שאינם בני תורה", ווייל די מענטשן פון בבל זענען נישט קיין בני תורה, זיי האבן נישט קיין געפיל אין תורה; ווען זיי זעען א תלמיד חכם וואס זעט אויס ווי א פשוט'ער מענטש זענען זיי אים נישט מכבד, נאר ווען זיי זעען א שיינע בעקיטשע - דאס מאכט זיי זאלן מכבד זיין (עיין תפארת ישראל אבות ד, ו; דבור המתחיל "גופו מחולל על הבריות"); נאר צוליב דעם האט מוהרא"ש געטון די זאכן.


וואס דארפסטו מער פון דעם וואס דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "נאך א מזל עס איז געווען צוויי זילבערנע לייכטער ביים רבי'ן אויפ'ן טיש ווען איך בין געקומען די ערשטע מאל צום רבי'ן, אזוי האב איך געקענט מקבל זיין פון רבי'ן"; עס האט געהאט א פנים פון א רבי.


ווער עס האט געקענט אביסל מוהרא"ש ווייסט אז מוהרא"ש איז געווען זייער ווייט פון די זאכן, מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן געהאט איין כוונה: 'אריינברענגען אין די וועלט די ריינע אמונה, און מגלה זיין די עצות פון הייליגן רבי'ן'; אזוי ווי איינער פון די גיבורים האבן דערציילט פאר'ן בעל תפילה (ספורי מעשיות, מעשה בעל תפילה - מעשה יב), דער גיבור זאגט אז ער מיינט דערמיט עפעס אנדערש, מיט דעם וואס ער גייט אפנעמען די וועלט; ער מיינט נישט דאס אז די וועלט זאל זיין אונטער אים, נאר ער מיינט עפעס אנדערש, זיין כוונה איז, טאמער וועט ער קענען טרעפן דעם קעניג מיט זיינע לייט, עיין שם.


עס איז דא אסאך צו דערציילן בנוגע די זאך ווען מוהרא"ש האט אנגעהויבן אנטון די קאלירטע בעקיטשעס; איין זאך קען איך דיר זאגן, מיר האבן נישט קיין השגה וואס האט זיך געטון אונטער די שיינע בעקיטשע, אונטער די קאלירטע בעקיטשע; דארט איז געליגן א צעבראכענע הארץ וואס מען קען נישט מסביר זיין! מוהרא"ש שרייבט א לשון אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צֶעבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צֶעבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ, כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר"; פון אינדרויסן האט מען דאס נישט געזען, עס איז געווען א בחינה אזוי ווי ביים צדיק הרב הקדוש רבי מענדעלע וויטעבסקער זכותו יגן עלינו.


מוהרא"ש האט דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי מענדעלע וויטעבסקער זכותו יגן עלינו איז שטענדיג געווען ביי זיך זייער צעבראכן אין הארצן, ער איז געווען ביי זיך צעריסן און צעשניטן, ביז זיין רבי דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו האט אים געזאגט בזה הלשון: "מענדל מענדל, ווען דו גייסט אין גאס זאלסטו וויסן אז דו ביסט גרעסער פון יעדן איינעם"; מיט דעם אלעם האט דאס נישט געהאלפן, ער האט שטענדיג געשפירט ביי זיך אז ער איז גארנישט מיט נישט, פון אינדרויסן האט קיינער נישט געוויסט וואס דא גייט פאר, מען האט גערעדט אויף אים וכו'; ווייל ער איז געגאנגען אנגעטון מיט טייערע קליידער, רבי'שע קליידער, מען האט געטראכט אויף אים וואס מען האט געטראכט וכו'; אבער ער פאר זיך איז געווען גארנישט מיט גארנישט, ער האט זיך שטענדיג גע'חתמ'עט: "השפל באמת".


מוהרא"ש פלעגט מיט אונז אסאך רעדן פון די זאך, מענטשן מיינען אז ווער עס גייט אנגעטון מיט צעריסענע קליידער, און די קאפ פאלט אים אויף די זייט - דער איז אן עניו, און דער וואס גייט מיט שיינע קליידער - דער איז א בעל גאוה; מוהרא"ש זאגט, דער רבי האט אונז מגלה געווען אז דאס איז בכלל נישט קיין ענוה, דאס איז חנופה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצז): "כִּי בְּוַדַּאי אֵין זֶה מַעֲלַת הָעֲנָוָה לְהַרְאוֹת עַצְמוֹ בִּכְפִיפַת רֹאשׁ בְּדֶרֶךְ שְׁטוּת כְּאִלּוּ הוּא עָנָו, כִּי זֶה עֲנָוָה פְּסוּלָה, וְעִקַּר הָעֲנָוָה כְּשֶׁהִיא בְּחָכְמָה", ענוה איז בדעת, דאס איז נישט קיין זאך וואס מען זעט פון אינדרויסן, עיין שם.


העיקר בעט איך דיר זייער, לאז זיך נישט נארן, בזה העולם קען מען זיך זייער גוט אפנארן; וואס האט דאס מיט דיין עבודת השם - צי אין ברסלב מעג מען האבן א שיינע בעקיטשע אדער נישט? וואס האסטו געטון נעכטן? וואס האסטו געטון אייער נעכטן? האסט געלערנט מקרא, משנה, גמרא, מדרש און הלכה? האסט געדאווענט די דריי תפילות מיט מנין מיט כוונה? האסט זיך מתבודד געווען?


איך ענטפער דיר די נארישע קשיא נאר ווייל איך ווייס אז דאס האט נישט מיט דיר, דו אליינס האסט נישט געקענט אויסטראכטן אזא שאלה, דו האסט זיך אנגעטראפן מיט לצים, זיי האבן אין דיר אריינגעלייגט סם, דו ביסט אין א סכנה פון אפלאזן דיינע שיעורים, דיין חיזוק און דיין עבודת השם.


איך געדענק מיט יארן צוריק ווען דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב זיך דערוויסט פון הייליגן רבי'ן; איך האב אנגעהויבן לערנען די חיזוק פון מוהרא"ש, דער לעבן האט אנגעהויבן זיין א לעבעדיגע זאך - בין איך אריבער די אלע מניעות וואס דו גייסט אריבער, מען האט צו מיר גערעדט די זאכן, היתכן מוהרא"ש דאווענט מיט א שטענדער ביים מזרח וואנט, אין ברסלב איז דאס נישטא! היתכן מוהרא"ש גייט א בעקיטשע?! די אלע זאכן וואס דו גייסט אריבער, איך האב דעמאלט געטראכט 'איך האב געטראפן א איד וואס ברענגט מיך צום אייבערשטן - וועל איך אים נישט אפלאזן, זאל זיין וואס זאל זיין; איך דארף נישט ברסלב, איך דארף נישט זקנים, איך דארף נישט קיינעם, איך דארף דעם איד וואס קען מיר צוקלעבן צום אייבערשטן, דער איד וואס קען מיר צוקלעבן צו די תורה און מיר געבן שלום בית'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נישט זיין פארנומען מיט די קטנות, מיר זאלן פאלגן דעם רבי'ן - וועלן מיר זוכה זיין צו די גרעסטע מדריגה, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלֹּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פוס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1493 - מעג מען מאלן בילדער פון צדיקים?
הלכה, צדיקים, יונגע יארן, בר מצוה, בילדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין ארץ ישראל, איך האב בר מצוה געהאט נישט לאנג צוריק. דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א טאלאנט צו קענען מאלן, איך מאל זייער שיינע בילדער, ספעציעל בילדער פון אדמורי"ם ורבנים.


איך האב אבער געהערט אז ס'קען זיין הלכה'דיגע פראבלעמען מיט מאלן און פארבן, און אז ס'איז נישט קיין אידישע זאך. מ'זאגט אז אויף א בילד קענען זיך מתלבש זיין קליפות און שלעכטע זאכן, וויל איך פרעגן אויב דאס איז אמת.


אויך האב איך געהערט אז מ'טאר נישט מאלן א גאנצע מענטש, א גאנצע פנים, א פולער געשטאלט פון א מענטש פון די אמת'ע גרויס און מאס, חיות, און נאך.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר אויסקלארן וואס מ'מעג יא און וואס מ'טאר נישט.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין בר מצוה; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויסוואקסן א גרויסער צדיק, דיינע עלטערן זאלן האבן פון דיר נחת דקדושה.


נוץ אויס דיינע יונגע יארן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע צייט פונעם מענטש זענען די יונגע יארן; וואס מען לערנט אין די יונגע יארן דאס בלייבט אויף א גאנץ לעבן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות ד, כ): "הַלּוֹמֵד יֶלֶד לְמַה הוּא דוֹמֶה, לִדְיוֹ כְתוּבָה עַל נְיָר חָדָשׁ".


וואויל איז דער וואס נוצט אויס זיינע יונגע יארן, וועט ער זוכה זיין צו ווערן א גרויסער ערליכער איד. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו מאלן בילדער פון צדיקים. עס איז באוויסט אז דער הייליגער חזון איש זכר צדיק לברכה האט געהייסן פאר א מנהל פון א מוסד ער זאל אויפהענגען בילדער פון צדיקים אין אלע קלאסן, אז די קינדער זאלן שטענדיג זען דעם פנים פון צדיקים און דאס וועט ברענגען אויף זיי יראת שמים; ביי מוהרא"ש אין שטוב האט געהאנגען א בילד פון הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו.


מוהרא"ש זאגט, מדה טובה איז מרובה ממידה של פורעניות, ביי עבירות זאגן חכמינו זכרונו לברכה (במדבר רבה י, ב): "עַיִן רוֹאֶה וְלֵב חוֹמֵד", אז מען היט זיך נישט די אויגן, מען קוקט אויף שמוציגע בילדער - ברענגט דאס צו מען זאל גליסטן צו טון עבירות; איז דאך ביי בילדער פון צדיקים זיכער אז דאס וועט ברענגען צו גוטע זאכן, מען וועט גליסטן צו זיין א צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1492 - ווי אזוי קען איך צוריק באקומען געלט וואס איך האב פארבארגט?
חובות, אידיש געלט, היכל הקודש, געטרויען מענטשן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך זייער באדאנקען פאר די שבת גליונות, עצתו אמונה, און אלע חיזוק דרשות, איך ליין זיי אלע דורך און ברוך ה' עס געבט מיר מורא'דיגע חיזוק, עס ברענגט מיר נענטער צום אייבערשטן, און ס'העלפט מיר אסאך אין מיין שלום בית. איך וויל ווינטשן פאר'ן ראש ישיבה אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש.


איך וויל שרייבן מיין טיפע ווייטאג פון א מעשה וואס איז געשען מיט א אינגערמאן וואס דרייט זיך ביים ראש ישיבה, און אפשר קענט איר מיר העלפן. געווען איז עס פאר בערך צוויי יאר צוריק, איך בין געווארן א נאנטער חבר מיט האברך ..., איין פרייטאג נאכמיטאג ממש נאנט צום זמן רופט ער מיך אן וויינענדיג אויפ'ן טעלעפאן אז ער מוז רעדן מיט מיר פנים אל פנים, זאג איך אים אז ער קען אריבערקומען, ער קומט אריבער און ער וויינט צו מיר מיט זיין בני בית אויפ'ן טעלעפאן אז זיין הויז דארף יעצט גיין אויף אויספארקויף דורך די באנק (פארקלאוישער), און ער דארף זייער וויכטיג צען טויזנט דאלער 10,000$ צו עס שנעל דעקן. איך זאג אים אז עס איז זייער שווער פאר מיר יעצט. אבער ער לייגט מיך באמת אריין אין א מצב, ער נעמט ארויס א צעטל און ער שרייבט מיר אונטער אז ביז א חודש האב איך צוריק דאס געלט.


בלית ברירה האב איך ארויסגענומען דאס געלט און אים געבארגט, עס גייט אריבער א חודש צוויי דריי, און ער הייבט מיר נישט אויף דעם טעלעפאן. ביז נאך אפאר חדשים הייבט ער אויף און ער שרייט מיך אן פאר'ן אים נאכלויפן פאר די געלט ווען איך ווייס אז ער איז געדריקט אין געלט. איך האב פרובירט זיך צו האלטן שטארק און רואיג מיט אמונה, עס איז אריבער נאך אפאר חדשים איך רוף אים נאכאמאל, איך בעט אים צי אפשר קען מען מאכן א פלאן צו באצאלן צוביסלעך, פינף הונדערט דאלער א חודש, זאגט ער מיר אז ס'איז צו סאך געלט, בין איך אראפ ביז צו פופציג דאלער א חודש, זאגט ער מיר אז אפילו דאס האט ער אויך נישט, עס זעט אויס ווי ער האלט בכלל נישט ביים באצאלן, איך האב נישט גארנישט פון גיין צו דין תורה, ווייל ער גייט זאגן די זעלבע זאך. איך וויל נישט גיין אין ערכאות, איך ווייס נישט צי מ'מעג. איך וויל וויסן אויב קען אפשר דער ראש ישיבה רעדן צו אים און זען ער זאל מאכן מיט מיר עפעס א פלאן אנצוהויבן צוביסלעך צו באצאלן. איך דארף באמת שטארק די געלט, איך בין אויך געדריקט.


איך בעט אסאך די באשעפער דערפאר, און איך בעט זייער דער ראש ישיבה שליט"א אויב איר קענט מיר ארויס העלפן.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין שולדיג אז אזא מעשה קען פאסירן ביי דיר, איך רעד נישט גענוג פון זיך היטן פון מענטשן; וואלט איך מער גערעדט פון דעם און מער געשריבן פון דעם - וואלסטו נישט פארקויפט געווארן פאר זיינע טרערן, עס וואלט נישט געארבעט ביי דיר.


מוהרא"ש פלעגט רעדן פון דעם זייער אסאך, מען זאל קיינעם נישט געטרויען, מען זאל זיך היטן פון פארברעכערס וואס מאכן זיך ווי א רחמנות און אזוי טוען זיי בא'גנב'ענען אומשולדיגע מענטשן.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט מיר זאלן קיינעם נישט דערציילן וויפיל געלט מיר האבן, מיר זאלן זיך קיינמאל נישט אויפטון פאר משפחה אדער קרובים מיט וויפיל אייגנס מען האט. אז מען פרעגט דיר: "וויפיל האסטו? וויפיל מאכסטו?" זאל מען אלץ ענטפערן: "געלויבט דעם אייבערשטן, מיר האבן צו דעקן דעם חודש" - ענטפערן פארעווע, נישט מען זאל דיר אנקוקן ווי א רחמנות און נישט מען זאל זוכן ארויסצו'גנב'ענען די געלט, און ווען איינער וויל בארגן געלט זאל מען טראכטן וויפיל געלט מען וואלט יענעם געגעבן פאר צדקה, אזויפיל קען מען יענעם פארבארגן.


מיין נישט אז יעדער וואס זאגט ער איז א חלק פון "היכל הקודש" - איז עס טאקע אזוי; ער דריידט זיך ניטאמאל דא, ער פארקויפט פאר די גאס אז דא איז זיין פלאץ, אבער באמת איז ער נישט דא, ער האט מורא צו קומען דא. אין אנהויב האט ער זיך דא געדריידט, אבער ווען ער האט געזען אז דא איז א פלאץ וואס מען דארף פאלגן האט ער אויפגעהערט צו קומען.


איך פרוביר צו טון מוהרא"ש'ס שליחות בנאמנות, מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל אכטונג געבן עס זאלן זיך נישט דרייען קיין מופקרים ביי אונז, איך פרוביר מיט וואס איך קען דאס צו מקיים זיין.


איין עצה האב איך פאר דיר: בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר באצאלן, און דו רוף אים יעדן טאג, שיק אים יעדן טאג א מעסידזש ער זאל דיר באצאלן, און איך זאג דיר שוין ווי אזוי עס גייט זיין; ער גייט שרייען אויף דיר, ער גייט פרובירן דו זאלסט זיך אויפרעגן אויף אים כדי ער זאל ווערן א רחמנות, אז דו זאלסט זיך שפירן שולדיג און אים מוותר זיין דעם חוב; זאלסטו זיך האלטן שטארק און נישט ווערן פארלוירן, שריי נישט אויף אים, נאר בעט אים כסדר, און בעט דעם אייבערשטן - וועסטו צוריק באקומען דיין געלט.


און אויף ווייטער זאל דאס זיין פאר דיר א לימוד מער נישט צו געטרויען קיין מענטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1491 - דארפן מיר מורא האבן פון קללות?
שלום בית, כיבוד אב ואם, קללות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן אסאך צו טון מיט מיינע עלטערן, אזוי ווי איך האב שוין גערעדט פערזענליך מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, מיין טאטע שעלט מיר זייער אסאך מיט ביטערע קללות וואס איך וואלט קיינמאל נישט געזאגט פאר א צווייטן איד.


מיר ווייסן אז מיר האבן גארנישט שלעכטס געטון, עס קומט זיך אונז נישט די אלע קללות, אבער נאכאלץ האבן מיר מורא דערפון, אז די אלע קללות וועט זאלן נישט שאטן אין לעבן.


וואס קען מען טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האב נישט מורא פון די אלע קללות; שלמה המלך זאגט (משלי כו, ב): "כַּצִּפּוֹר לָנוּד, כַּדְּרוֹר לָעוּף", אזוי ווי א פייגל פליט ארום זוכן עסן און ביים סוף קומט זי צוריק צו איר נעסט, "כֵּן קִלְלַת חִנָּם, לוֹ תָבֹא", אזוי אויך דער וואס שעלט - וועט די קללה צוריקקומען אויף אים אליינס; האב נישט מורא פון קיינעם אין די וועלט, דו גיי ווייטער אן מיט דיין עבודת השם; לערן, דאווען און זיי מכבד דיין ווייב.


בנוגע כיבוד אב ואם; אוודאי דארף מען טון אלעס אויף די וועלט צו זיין בשלום מיט טאטע מאמע, אבער אין דיין פאל איז אנדערש, דיין כיבוד אב וועט זיין אז דו וועסט לעבן בשלום מיט דיין ווייב און קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1490 - זאל איך אפלאזן מיין ישיבה אויב לאזן זיי מיר נישט האבן שייכות מיט ברסלב?
חסידות ברסלב, ספרים, בחור, ישיבה, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח אויף די אמפערס פון חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א לייגט אריין אין מיר, ס'איז ממש א בחינה פון תחיית המתים! איך האב שוין געהאט פלענער צו ח"ו אפלאזן אלעס ביז איך האב געטראפן די חיזוק און איך בין געווארן א נייע מענטש, ממש לא יאומן כי יסופר! ס'קען זיין אז בהמשך וועל איך שיקן מיין סיפור התקרבות, ס'איז א לאנגע מעשה.


מיין "טייערע" משגיח זארגט זיך ב"ה זייער פאר מיר, און ער האט לעצטנס געזען אז איך בין שוואכער געווארן אין לערנען, האט ער מיר צוגענומען מיין חברותא פון פארמיטאג, און יעצט - יישר כח אייבערשטער - האב איך אסאך צייט צו זאגן משניות, און ס'איז געווען די ערשטע מאל וואס איך האב געזאגט ח"י פרקים משניות, ס'איז דאך אזוי געשמאק, מ'ווערט ממש א נייע מענטש!


איך האב זייער ליב צו הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, מיין ראש ישיבה לאזט מיר אבער נישט הערן די שיעורים, און ער האט מיר אנגעווארנט אז טאמער איך וועל ווייטער אויסהערן די שיעורים און גיין צו די חבורות וועל איך גלייך פליען פון די ישיבה אן קיין פשרות, און ער האט מיר אפילו געהייסן חתמ'ענען אויף א צעטל אז ברגע איך האב ווייטער קשר מיט ברסלב טרעף איך זיך אינדערהיים! וואס זאל איך אבער טון אז דאס איז מיין סם החיים? און איך קען נישט אן דעם! איך קען נישט אן דעם!


דערפאר האב איך געטראכט אז ס'איז מיר שוין בעסער ארויסצופליען פון אזא ישיבה, דער עיקר איך זאל קענען לעבן מיט'ן אייבערשטן. איך ווייס נישט צו ס'איז א ריכטיגע מהלך המחשבה, דערפאר בעט איך דעם ראש ישיבה זאל מיר צוריק שרייבן א תשובה וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע זאך איז - דו זאלסט באהאלטן דיין התקרבות צום רבי'ן; קיינער אין ישיבה דארף נישט וויסן אז דו ביסט זיך מחי' מיט'ן הייליגן רבינ'ס התחזקות. פרוביר זיך צוצושטעלן דאס מערסטע וואס דו קענסט מיט די סדרים אין ישיבה און זיך פירן מיט דרך ארץ צו די מגידי שיעורים און שטילערהייט קענסטו ווייטער לעבן מיט'ן רבינ'ס התחזקות.


ווער נישט דערשראקן פון קיינעם אין די וועלט, האב פון קיינעם מורא; אז מען וועט דיר ארויסווארפן - איז אויך גארנישט. מען האט מוהרא"ש זכרונו לברכה אויך ארויסגעווארפן פון ישיבה ווייל ער האט געזאגט משניות און געלערנט דעם רבינ'ס ספרים, מוהרא"ש איז געווארן נאר שטערקער פון דעם.


דאך זאג איך דיר, פרוביר צו אויסבאהאלטן פון די ישיבה דיין התקרבות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1489 - איז אויסגעהאלטן פאר מיידלעך איבערצושלאפן מיט חבר'טעס?
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, צניעות, קדושה, תפילה והתבודדות, ניגונים, חברים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט גענוג ווערטער זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר אלעס גוטס וואס איך האב באקומען.


איך האב געוואלט וויסן, אסאך מאל מאכן מיינע קאזינס א נאכט צוזאמען (סליפ-אווער), און זיי רופן מיר אויך, האבן איך געוואלט וויסן אויב ס'איז אויסגעהאלטן איבערצושלאפן מיט חבר'טעס.


נאך א שאלה, אסאך מאל ווען איך וויל עפעס בעטן פונעם אייבערשטן איז מיר שווער עס ארויסצוזאגן מיט מיין מויל, האב איך געוואלט וויסן אויב דאס צו טראכטן אדער אראפשרייבן הייסט אויך בעטן?


אויך האב איך געוואלט וויסן אויב מ'מעג הערן א שיעור אדער הערן מוזיק אינמיטן זאגן תהלים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע איבערשלאפן מיט חבר'טעס וכו'; אויב מען פירט זיך איידל און הייליג - דעמאלט אויב עס פעלט אויס קען מען גיין. עס איז נישט קיין פראבלעם אויפצוזיין א גאנצע נאכט שמועסן און פארברענגען, אבער עס מוז זיין איידל און הייליג; מען קען נישט שמועסן אין איין בעט, נישט ליגן און נישט זיצן.


ליידער לערנט מען נישט אויס מיידלעך צו זיין אפגעהיטן פון קראנקע זאכן; טייערע מיידלעך פאלן אריין אין שלעכטע זאכן אומוויסנדיג, וואס דאס וועט זיי שאטן פאר זייער לעבן. זיי ווערן נאנט מיט א חברט'ע אויף א נישט געזונטע וועג ביז זיי קענען נישט חתונה האבן, זיי קענען נישט ווערן נאנט מיט זייער מאן, מען בלייבט פארהאקט מיט די נישט גוטע נאנטשאפט וכו'.


(איך האב קיינמאל נישט געלאזט מיינע טעכטער גיין שלאפן ביי חבר'טעס).


בנוגע טראכטן אדער שרייבן וכו'; אז איר קענט נישט רעדן צום אייבערשטן זאלט איר אויף דעם אליינס בעטן, בעטס דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם איך האב א פראבלעם, איך קען נישט רעדן צו דיר; איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל קענען רעדן צו דיר און בעטן פון דיר אלעס וואס איך דארף, אלעס וואס איך וויל; העלף מיר אייבערשטער איך זאל שפירן ווי דו שטייסט דא נעבן מיר און דו הערסט צו יעדע ווארט וואס איך רעד צו דיר, געב מיר א לויטערע אמונה, איך זאל דיך שפירן און דיך זען".


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל, ביז איר וועט שוין נישט דארפן שרייבן בריוו פאר'ן אייבערשטן און טראכטן וכו'; וואס איר וועט דארפן - וועט איר גלייך נאר פון אים בעטן.


איר קענט הערן מוזיק אדער א שיעור בשעת איר זאגט תהלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1488 - ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד?
תהלים, תפילה והתבודדות, תשובה, נסיונות, עבודת השם, עקשנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד? עס איז מיר אזוי שווער, איך פיל ממש ווי איך האב נישט קיין בחירה, וואס קען איך טון עס זאל מיר גיין אביסל גרינגער אין עבודת השם? וואס קען איך טון עס זאל מיר גיין גרינגער זיך מתגבר זיין אויף מיינע יצר הרע׳ס? איך האלט זיך אין איין מחזק זיין מיט דאס וואס דער רבי זאגט "א טריט אריין אין בלאטע א טריט ארויס", אבער כאטש עפעס א ליכטיגקייט, עפעס א שטארקייט?


דאס אז איך זאל זיין אזוי פארקויפט צו מיינע תאוות, צו מיינע יצר הרע׳ס, איז מיר אזוי שווער, עס קומט מיך ממש צו וויינען ווען איך שרייב דעם בריוו, איך פיל אזוי ווי איך בין איינגעשפארט ביים יצר הרע. ווי אזוי קען מיר ווערן אביסל גרינגער? נאר אביסל מער כח? אביסל כח זיך צו קענען מתגבר זיין, איך פיל ווי איך וועל אייביג אזוי בלייבן חס ושלום; אפשר קען מיך די ראש ישיבה שרייבן אביסל חיזוק און עצות?


יישר כח פאר מיין שיינע זיסע לעבן וואס דער ראש ישיבה האט מיך געגעבן, ברוך השם מיין שלום בית ווערט מיר בעסער אין בעסער, מיין לעבן ווערט מיר זיסער און זיסער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו בעטסט ספרים מיט וואס זיך צו מחזק זיין; קוק אריין אין רבינ'ס ספרים - וועסטו זיך זייער מחזק זיין.


לאמיר לערנען אינאיינעם א שטיקל לקוטי מוהר"ן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "וְצָרִיךְ לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, לִבְלִי לְהָנִיחַ אֶת מְקוֹמוֹ, דְּהַיְנוּ מְעַט מִקְצָת עֲבוֹדָתוֹ שֶׁהִתְחִיל, אַף אִם יַעֲבֹר עָלָיו מָה", א מענטש דארף זיין זייער א גרויסער עקשן נישט אפצולאזן זיין עבודת השם - סיי אין תורה און סיי אין תפילה. "וּזְכֹר דָּבָר זֶה הֵיטֵב", געדענק גוט וואס איך זאג דיר, "כִּי תִּצְטָרֵךְ לָזֶה מְאֹד כְּשֶׁתַּתְחִיל קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", ווייל ווען דו וועסט אנהייבן דינען דעם אייבערשטן וועסטו דאס דארפן גוט וויסן, "כִּי צָרִיךְ עַקְשָׁנוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד, לִהְיוֹת חָזָק וְאַמִּיץ, לֶאֱחֹז עַצְמוֹ לַעֲמֹד עַל עָמְדוֹ", ווייל מען דארף זיין א גרויסער עקשן נישט אויפצוהערן דינען דעם אייבערשטן ווען עס גייט אריבער ספיקות און בלבולים וכו' וכו', מען דארף זיך האלטן מיט אלע כוחות; לערן דורך דעם גאנצן תורה וועסטו האבן שטארקע חיזוק.


נעם די עצה פון התבודדות ותפילה; דער רבי האט אונז געגעבן א ליכטיגקייט, א זיסקייט - ווי אזוי מיר זאלן קענען זיך שטארקן אין די שווערסטע מצבים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז גרעסער פון יעדע עבודה, "דְּהַיְנוּ לִקְבֹּעַ לוֹ עַל כָּל פָּנִים שָׁעָה אוֹ יוֹתֵר, לְהִתְבּוֹדֵד לְבַדּוֹ בְּאֵיזֶה חֶדֶר אוֹ בַּשָּׂדֶה", א מענטש זאל גיין אין א ליידיגע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ בִּטְעָנוֹת וַאֲמַתְלָאוֹת, בְּדִבְרֵי חֵן וְרִצּוּי וּפִיּוּס, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן מִלְּפָנָיו יִתְבָּרַךְ, שֶׁיְּקָרְבוֹ אֵלָיו לַעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת", און זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל שוין רחמנות האבן און אים מקרב זיין צו אים, און מען זאל רעדן צום אייבערשטן אויף מאמע לשון - אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, "כִּי בִּלְשׁוֹן הַקּדֶשׁ קָשֶׁה לוֹ לְפָרֵשׁ כָּל שִׂיחָתוֹ", ווייל אויף לשון הקודש איז שווער ארויסצוברענגן אלעס וואס ליגט אויפ'ן הארץ, "וְגַם אֵין הַלֵּב נִמְשָׁךְ אַחֲרֵי הַדִּבּוּרִים, מֵחֲמַת שֶׁאֵינוֹ מֻרְגָּל כָּל כָּךְ בְּהַלָּשׁוֹן, כִּי אֵין דַּרְכֵּנוּ לְדַבֵּר בִּלְשׁוֹן הַקֹּדֶשׁ", ווייל מיר רעדן נישט קיין לשון הקודש, דערפאר איז שווער זיך אויסצורעדן דאס הארץ, אבער אז מען רעדט אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, למשל מיר וואס מיר רעדן אידיש - זאגט דער רבי: "אֲבָל בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז שֶׁמְּסַפְּרִים וּמְדַבְּרִים בּוֹ, קַל וְקָרוֹב יוֹתֵר לְשַׁבֵּר לִבּוֹ", - איז גרינגער זיך אויסצוגיסן דאס הארץ.


אודאי אין אנהויב וועסטו נישט שפירן ווי עס ווערט בעסער, דו וועסט נאר שפירן ווי מען דערווייטערט דיר; דאס זאל דיר נישט אפשוואכן, מיין נישט אז נאר דו גייסט אריבער די ביטערע שווערע נסיונות, נאר דיך פרובירט מען אויס. דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן יב): "הָיָה נִדְמֶה לוֹ תָּמִיד שֶׁאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל וְאֵין שׁוֹמְעִין לוֹ כְּלָל", ווען ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים שטענדיג געדאכט אז מען הערט אים נישט אויס אויבן אין הימל וואס ער בעט, קיינער קוקט נישט אויף אים, "רַק אַדְּרַבָּא, נִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּכָל מִינֵי הַרְחָקוֹת וּכְאִלּוּ אֵין רוֹצִין בּוֹ כְּלָל וּכְלָל", פארקערט, ווי מער ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים אלץ מער געדאכט ווי מען דארף אים נישט, "כִּי הָיָה רוֹאֶה שֶׁחוֹלְפִין וְעוֹבְרִין כַּמָּה וְכַמָּה יָמִים וְשָׁנִים וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלֹא זָכָה עֲדַיִן לְשׁוּם הִתְקָרְבוּת", ווייל ער האט געזען אז עס גייען אריבער אסאך יארן און ער האט נאכאלץ נישט זוכה געווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נִדְמָה בְּעֵינָיו שֶׁאֵין שׁוֹמְעִין דְּבָרָיו כְּלָל, וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, רַק אַדְּרַבָּא, מַרְחִיקִין אוֹתוֹ בְּכָל מִינֵי הִתְרַחֲקוּת מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", דערפאר האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, אדרבה, עס האט אים אויסגעזען ווי מען שטופט אים אוועק פון די קדושה, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן הָיָה מְחַזֵּק עַצְמוֹ מְאֹד, וְלֹא הִנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ", מיט דעם אלעמען האט זיך דער רבי זייער געשטארקט און נישט אויפגעהערט מיט זיין עבודת השם יתברך, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה שֶׁהָיָה נוֹפֵל בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת זֶה שֶׁרָאָה שֶׁהוּא מִתְפַּלֵּל וּמַעְתִּיר וּמַפְצִיר כָּל כָּךְ שֶׁיִּתְקָרֵב לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, וּמֵחֲמַת זֶה נָפַל לִפְעָמִים בְּדַעְתּוֹ וְלא הָיָה מְדַבֵּר עוֹד כָּל כָּךְ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ אֵיזֶה יָמִים", אסאך מאל האט זיך געמאכט ביים רבי'ן אז ער איז געווארן זייער צעבראכן, זעענדיג אז ער האט שוין אזוי סאך געדאווענט און געבעטן אבער עס דאכט זיך אים אז מען דארף אים נישט, און ער האט אויפגעהערט מאכן התבודדות, "אַחַר כָּךְ נִזְכַּר בְּעַצְמוֹ וְהִתְבַּיֵּשׁ בְּעַצְמוֹ עַל שֶׁהִרְהֵר אַחַר מִדּוֹתָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בֶּאֱמֶת בְּוַדַּאי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ חַנּוּן וְרַחוּם וְכוּ', וּבְוַדַּאי הוּא רוֹצֶה לְקָרְבוֹ וְכוּ', וְחָזַר וְנִתְחַזֵּק בְּדַעְתּוֹ, וְהִתְחִיל שׁוּב לְהַעְתִּיר וּלְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כַּנַּ"ל", ביז ער האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון און ער האט זיך זייער פארשעמט אז ער האט נאכגעלאזט פון די הייליגע עבודת השם, האט ער צוריק אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, "וְכֵן הָיָה כַּמָּה פְּעָמִים", אזוי איז געווען אסאך מאל, עיין שם.


געוואוין זיך צו צו זאגן תהילים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1487 - ווי אזוי קען אויפהערן צו האבן פחדים און שרעק?
תפילות אויף אידיש, אמונה, ניגונים, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן מיך מאכן אזא שיינע לעבן.


ס'איז דא אסאך מאל ווען ס'געשעט אביסל שרעקעדיגע זאכן,  למשל אז ס'ווערט טונקל מיט קורצשלוס (בלעק אוט), אדער ס'איז זייער ווינטיג און אלע זאכן אויפ'ן גאס פליען; ווען אזעלכע סארט זאכן פאסירן, הייב איך אן צו ציטערן, איך בין זייער א גרויסע פחדן, איך ציטער פון אלע קליינע זאכן וואס געשעען.


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן ווען איך הייב אן ציטערן אז איך זאל קיינמאל מער נישט מורא האבן פון אזעלכע זאכן.


אסאך מאל ווען איך גיי אויפ'ן גאס אליין, הייב איך אן טראכטן שלעכטע זאכן וואס קען געשען, און עס מאכט זיך אסאך מאל אז איך כאפ נישט און איך טו מאדנע זאכן; למשל, איינמאל ווען איך בין געגאנגען אויפ'ן גאס און איך האב אנגעהויבן טראכטן אז זאכן קענען פליען אויף מיין קאפ, אינמיטן דערזע איך זיך מיט מיינע הענט אויף מיין קאפ, אזוי ווי מ'באשיצט זיך אז גארנישט זאל נישט פליען אויפ'ן קאפ.


וואס קען איך טון דערצו? איך האלט עס שוין נישט אויס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גוטע עצה פטור צו ווערן פון פחדים - איז חזר'ן אמונה; דאס איז בדוק ומנוסה, מענטשן זאגן אז זיי זענען ארויס פון אלע זייערע פראבלעמען זייט זיי טוען די עצה; מען טראכט פון אייבערשטן, מען זינגט זיך א ניגון פון אמונה און מען בעט דעם אייבערשטן.


מען הייבט אן מיט טראכטן פון אמונה, און אויב די פחדים ווערן שטערקער הייבט מען אן זינגען צו זיך א ניגון, אויב איז מען נישט צווישן מענטשן קען מען זינגען אויפ'ן קול, עס ווענדט זיך וואו מען געפונט זיך. מען זינגט צו זיך: "אלעס איז דער אייבערשטער, דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיך"; אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן יא): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ פְּחָדִים, יְזַמֵּר זֶמֶר שֶׁל שִׂמְחָה", ווער עס האט שרעק זאל זינגען לעבעדיגע ניגונים.


אויב די פחדים ווערן שטערקער, עס גייט נישט אוועק - גייט מען צו תפילה ובקשה; מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן, מען בעט אים: "אייבערשטער היט מיך, אייבערשטער זיי מיט מיר, אייבערשטער קום מיט מיר"; דאס בארואיגט דעם מענטש פון אלע אומזיסטע פחדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1486 - ווי אזוי קען איך זיך אפגעוואוינען פון נעמען די פינגער אין מויל?
קינדער, תפילות אויף אידיש, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט פאר די מיידלעך, איך טרעף דארט אלע ענטפערס פאר מיינע קשיות.


איך בין שוין פערצן יאר ברוך ה', און איך לעק נאכאלץ מיין פינגער, יעדער איינער קוקט מיך אן ווי א בעבי, איך האב שוין פרובירט צו טון אלע סארט עצות, איך האב שוין אפילו געלייגט איינמאל שווארצע פעפער אויף מיין פינגער און איך האב עס נאכאלץ געלעקט, אויך בעט איך יעדן טאג דעם באשעפער, אבער איך לעק עס נאכאלץ.


איך שעם זיך זייער עס צו לעקן אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן, אויך ביינאכט קען איך נישט איינשלאפן אן דעם.


אפשר קען דער ראש ישיבה מיר זאגן וואס צו טון, ווייל עס שטערט מיך זייער שטארק.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע נעמען די פינגער אין מויל; איר דארפט זיך נישט שעמען פון אנדערע, אסאך מענטשן נעמען די פינגער אין מויל, עס איז נישט קיין עבירה צו נעמען די פינגער אין מויל.


אויב עס שטערט אייך זייער, איר ווילט דאס נישט טון - איז דא איין עצה: בעטן דעם אייבערשטן. בעטס דעם אייבערשטן פאר פערציג טעג אין איין צי - וועט איר זען א ישועה, איר וועט מער נישט נעמען די פינגער אין מויל; בעטס אויף אייער שפראך, בעטס די ווערטער:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל נישט נעמען מיין פינגער אין מויל. אייבערשטער איך האב שוין פרובירט אלע מיטלען דאס אפצושטעלן, אבער גארנישט האט מיר געהאלפן, יעצט קום איך צו דיר מיט א געבעט, העלף מיר איך זאל נישט טון די זאך".


זייט שטארק מיט תפילה והתבודדות; וואס איר דארפט, וואס איר ווילט - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער מאמע לשון - וועט איר זען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1485 - מיין איך עס טאקע אמת'דיג אז איך וויל זיין אן ערליכער איד?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, דרשות, אמת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אסאך מאל ווען איך זאג פאר'ן אייבערשטן, "איך וויל זיין ערליך", טראכט איך, 'ווער זאגט אז איך וויל טאקע זיין ערליך? אפשר זאג איך עס נאר ווייל עס איז די סטייל צו זאגן, נאר ווייל איך הער עס ביי די שיעורים?'


ענליך צו דעם טראכט איך אויך ווען איך זאג פאר'ן אייבערשטן אז איך וויל זיין גוט, טראכט איך דעמאלט אז דאס איז א פרומע זאך, איך טראכט אז איך זאל זיך נישט מאכן אזוי פרום, ס'איז סתם נאריש און קינדעריש.


וואס איז די ריכטיגע וועג צו טראכטן וועגן דעם?


יישר כח 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו זאג ווייטער פאר'ן אייבערשטן אז דו ווילסט זיין גוט, ווייל דאס ווילסטו טאקע, און יעדער איד וויל זיין גוט, נאר דער יצר הרע פארדריידט אזוי און פארטומלט אזוי דעם מענטש - אז דער מענטש ווייסט שוין אליינס נישט וואס ער וויל; מען מיינט מען וויל עפעס אנדערש, אבער באמת וויל דער איד איין זאך, זיין ערליך און טון דעם רצון הבורא.


יעצט אז דו האסט אנגעהויבן גיין אין די וועג פון רבי'ן, דו האסט גענומען די עצה פון התבודדות ותפילה - זאלסטו זיך נישט לאזן פארדרייען דעם קאפ פונעם שטן און אפלאזן חס ושלום די הייליגע הנהגה. דער שטן ציטערט פון איין זאך, ער האט מורא אז דער מענטש וועט אנהויבן רעדן צום אייבערשטן, דעמאלט ווערט ער אויס, ער ווערט כְּלֹא, ווען דער איד קומט צום אייבערשטן און זאגט: "רבונו של עולם, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין גוט; וואס זאל איך טון אז איך פאל אראפ אין עבירות, איך האב נאכאמאל פוגם געווען, העלף מיר אייבערשטער, געב מיר כח איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויף די נסיונות"; ווען דער מענטש רעדט אפאר אמת'ע ווערטער צום אייבערשטן - ווערן אפגעמעקט אלע עבירות, אלע קליפות ומשחיתים. דעריבער איז די עבודה פון רעדן צום אייבערשטן, פון איין זייט איז דאס די העכסטע זאך, און דעריבער איז דאס די שווערסטע זאך; דער סמ"ך מ"ם פארמאכט און פארקלעבט די מויל מען זאל נישט קענען רעדן די פאָר ווערטער.


עס איז אמת וואס דו טראכסט אז דו זאגסט די ווערטער ווייל דו הערסט דאס ביי די שיעורים, זייער גוט; זאלסט ווייטער צו הערן די שיעורים פון ישיבה - וועסטו דיין גאנץ לעבן זיך ציען צום אייבערשטן, דו וועסט וועלן זיין גוט און ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1484 - מעג מען קוקן אויף א שוועגערין?
הלכה, צניעות, קדושה, מאוויס, הכרת הטוב, דרשות, סמארטפאון, בחור, תודה והודאה, עצתו אמונה, ראש ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט ווי אנצוהויבן מיין בריוו, איך האב אבער געשפירט אז איך מוז שרייבן.


איך לערן אין איינע פון די בעסטע חסידישע ישיבות, אין מיינע ערשטע יארן אין ישיבה בין איך געווען א גוטער בחור, איך האב אלץ געוואלט זיין גוט און איך האב זיך טאקע געפירט וואויל און ערליך, אבער דער יצר הרע האט נישט מוותר געווען אויף מיר, און ליידער ווען איך בין אריין אין ישיבה גדולה בין איך איינמאל אריינגעגאנגען צו עפעס א געשעפט פון א חסידישן איד, ער האט אויסגעזען ווי אן ערליכער איד, און איך בין אריין דארט אין זיין אפיס, און דארט אויף זיין קאמפיוטער האב איך געזען נישט איידעלע בילדער, און דער יצר הרע האט זיך אנגעצינדען אין מיר און איך האב עס שוין נישט געקענט פארלעשן.


איך האב אנגעהויבן זיצן ביי אים אין אפיס פאר לאנגע שעות, פארברענט מיין נשמה איינמאל און נאכאמאל, און איך בין געזינקען טיפער און טיפער אין שאול תחתית. טיף אין הארץ האט מיר וויי געטון פארוואס איך טו דאס, איך האב אבער נישט געהאט קיין וועג ווי אזוי זיך אפצורייסן דערפון. גלייכצייטיג אין די זעלבע צייט האב איך ווייטער געלערנט אין ישיבה, און פון אינדרויסן האב איך אויסגעזען ווי א געהעריגער ישיבה בחור מיט אלע מפורשים, אריינגערעכנט אלע השגות אין חסידות.


אין בין אנגעקומען צו אזא שלעכטער מצב אז איך האב שוין נישט געוואוסט וואס צו טון מיט זיך, צוביסלעך איז מיין מח געווארן מער און מער פארשטאפט, איך האב שוין נישט געקענט לערנען, טראץ מיין גוט קעפל. דער יצר הרע האט אבער פארמאכט מיינע אויגן, און ס'איז מיר נישט בייגעפאלן צו גיין זיך אויסרעדן צו איינעם דערוועגן, צו גיין בעטן הילף, אויסער דעם וואס איך האב זיך זייער געשעמט צו רעדן צו איינעם אין ישיבה איבער מיין מצב, און פארשטייט זיך אז אויב וואלט איינער פון די משגיחים אין ישיבה געוואויר געווארן וואס איך טו, וואלט איך געפלויגן פון דארט אין די זעלבע סעקונדע.


אין מיין גרויסער דמיון האב איך נאך געהאלטן אז איך בין א גוטער בחור אין ישיבה, באהאלטענערהייט האב איך זיך געקויפט א קליינעם סמארטפאון, און פון דעם האב איך זיך שוין בכלל נישט געקענט אפרייסן, איך בין געזעסן באהאלטענערהייט פאר פילע לאנגע שעות, און געקוקט די ערגסטע סארט זאכן וואס איז נאר פארהאן אויף דער וועלט, אבער אין די זעלבע צייט האב איך זיכער געמאכט אז מ'זאל מיר זען כסדר אין ישיבה, אז קיינער זאל מיר נישט חושד זיין מיט עפעס שלעכטס.


פאר א לאנגע צייט בין איך געווען אזוי שטארק פארזינקען אין די נארישקייטן און עבירות, אז פון יענע פאר יאר געדענק איך אפילו נישט וואס ס'איז געווען דעמאלט, מועדים וזמנים, פארשידענע געשעענישן, איך געדענק  גארנישט. איך בין אנגעקומען צו א מצב אז איך האב נישט געדאווענט שחרית מנחה מעריב, איך האב נאר מקפיד געווען צו לייגן תפלין יעדן טאג און זאגן קריאת שמע, דאס איז מיר געליגן איינגעבאקן אין די בלוט פון מיין טאטע, אז עס איז נישטא אזא זאך ס'זאל אריבערגיין א טאג אן לייגן תפלין, נישט צו זיין א 'קרקפתא דלא מנח תפילין'.


איין טאג איז מיר אויסגעקומען צו הערן איבער'ן ראש ישיבה שליט"א, און כאטש וואס איך האב געהערט אסאך לשון הרע אויף ברסלב, האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט אויף מיר, און איך האב באקומען א שעצונג אין הארץ פאר'ן ראש ישיבה, איך האב געהערט איבער די חיזוק יומי און די איבריגע פעולות, און איך האב דאס זייער געשעצט.


איך האב זיך אבער נאכנישט אויפגעוועקט דעמאלט פון מיין שלאף, איך בין ווייטער געליגן אין אלע ביטערע שלעכטע זאכן, כאטש וואס קיינער ארום מיר האט נישט חושד געווען אז עפעס גייט פאר מיט מיר, איך האב גוטע כשרונות ברוך ה', און איך האב גוט געוואוסט ווי אזוי ארומצודרייען מיט יעדן, איך האב א גוטן זכרון און איך האב געקענט אלע פארהערן און בחינות און אזוי ווייטער, כאטש וואס צוויי מינוט נאכדעם איז מיר אלעס ארויסגעפלויגן פון קאפ, איך האב אלעס פארגעסן.


איין נאכט, נאך אסאך שעות קוקן אלע סארט שלעכטע זאכן רחמנא ליצלן, איז מיר פלוצלינג ארויפגעטאנצן א "חיזוק יומי" פונעם ראש ישיבה שליט"א, דער קעפל האט זיך געליינט "נישטא קיין ברירה, מען מוז רעדן וועגן דעם", איך ווייס נישט וואס האט מיר דעמאלט באטראפן, אבער דער אייבערשטער מיט זיין גרויס רחמנות האט מיר געגעבן א מתנת חנם אז איך האב געדרוקט אויף דעם, און דאן האט זיך געעפנט מיין טיר צום גן עדן! איך האב געהערט דעם חיזוק יומי, איך האב זייער הנאה געהאט, און איך האב אנגעהויבן זוכן נאך פון די סארט "חיזוק יומי", איך האב געהערט נאך און נאך פאר לאנגע שעות, דאס איז געווען ווי אן אטאם באמבע פאר מיין מח, און אזוי האב איך געהערט און געהערט ביז ווען די באטערי איז אויסגעלאפן, איך האב אפילו נישט געכאפט אז די באטערי ווערט שוואכער.


איך האב פארמאכט דעם טעלעפאן, און איך בין געגאנגען אין שול זוכן א מנין מעריב. די מח האט זיך מיר געדרייט און איך בין נישט געווען ביי זיך, איך האב אנגעהויבן דאווענען מערב ווארט ביי ווארט, נאך גאר א לאנגע צייט וואס איך האב בכלל נישט געדאווענט, ס'איז מיר נישט געווען גרינג, פשוט ווייל איך בין שוין לאנג געווען אפגעוואוינט פון זאגן די ווערטער, איך האב אריינגעקוקט אין סידור נישט צו ווערן צעמישט.


נאך מעריב האב איך ארויסגענומען די סים קארטל פונעם טעלעפאן און עס צעבראכן, און דאן האט זיך אנגעהויבן א לאנגע תקופה פון קויפן סים קארטלעך און עס צעברעכן. איך בין ווייטער דורכגעפאלן אין קוקן שלעכטע זאכן, און גלייך נאכדעם האב איך געהערט א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א, ס'איז געווען ממש 'אור וחושך משתמשים בערבוביא', אויסגעמישט גוטס מיט שלעכטס אויף איינמאל.


צוביסלעך צוביסלעך האב איך אנגעהויבן רעדן צו אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף מיר און מיר ארויסנעמען פון די טיפע בלאטע און טומאה אין וואס איך ליג, איך בין געגאנגען צו קברי צדיקים און אסאך געשריגן צום אייבערשטן ער זאל זיך שוין דערבארעמען אויף מיר.


איך קען שרייבן א גאנצער בוך פון אלעס וואס איז אויף מיר אריבערגעגאנגען, איך וויל אבער נישט מאריך זיין אזוי סאך. נאך א לאנגע תקופה האב איך צוריק אנגעהויבן דאווענען ווי א איד דריי מאל א טאג, איך האב אנגעהויבן צוריק לערנען תורה, נאך א לאנגע צייט וואס איך האב נישט געעפנט קיין אידיש ספר, איך האב אנגעהויבן מיט משניות און געגאנגען ווייטער צו גמרא, מעביר סדרה זיין, נ"ך, זוהר, און נאך פילע שיעורים, צוביסלעך האב איך געשפירט ווי מיין מח הויבט זיך אן ערוועקן, איך קען שוין אנהויבן פארשטיין א דבר שבקדושה, איך האב אנגעהויבן גיין אויפ'ן וועג צו זיין אן ערליכער איד. קיינער האט נישט מיטגעהאלטן מיין שווערע און לאנגע רייזע, די שווערע בערג און טאלן אויף וואס אין האב געקלעטערט פאר אזוי לאנג, אבער דער אייבערשטער ווייסט יא און זעט אלעס, און ער האט זיכער אלעס מיטגעהאלטן.


מיינע הענט ציטערן ביים שרייבן דעם בריוו, מיינע אויגן גיסן יעצט טרערן, איך וויש זיך די אויגן איינמאל און נאכאמאל, פשוט אז איך זאל קענען זען וואס איך שרייב. היינט קען איך דאנקען דעם אייבערשטן, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, איך האב געענדיגט צום ערשטן מאל גאנץ ששה סדרי משנה, שוין א לאנגע צייט וואס איך ריר נישט אן קיין סמארטפאון און איך קוק נישט קיין מאוויס, איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך ליין די "עצתו אמונה" און איך בין זיך מחי' דערמיט.


איך האב קיינמאל נישט געגלויבט אז איך וועל קענען ארויסקריכן פון די שווערע טומאה, מיין הארץ קלאפט יעצט אזוי ווי איך וואלט געלאפן עטליכע מייל, איך בין איבערגעפילט מיט רוישיגע געפילן, איך ווייס נישט וואס צו טון מיט זיך, איך וויל ארויסגיין שרייען אין די גאסן, "טייערע ברידער, ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט! מיר האבן א טאטע וואס האט אונז ליב! ס'איז קיינמאל צו שפעט! ס'איז קיינמאל עק וועלט! מ'קען אלץ תשובה טון!", איך קען ממש נישט אויפהערן וויינען פון התרגשות.


איך דאנק דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף אלע גוטס וואס ער האט געטון מיט מיר מיין גאנץ לעבן, און ספעציעל פאר די געוואלדיגע ליכטיגקייט וואס ער האט מיר געשיקט אין פארעם פונעם ראש ישיבה שליט"א. איך ווייס נישט ווי אזוי קען זיך גענוג באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלע וואס איך האב באקומען פון אים.


איך האב זיך גענומען די מיה צו שרייבן דעם בריוו פאר פיר סיבות; צום ערשט פשוט צו זאגן "א גרויסן יישר כח", איך ווייס נישט אויב ס'איז בכלל דא די ווערטער צו קענען אויסדרוקן די דאנקבארקייט וואס מיין הארץ וויל ארויסשרייען, יישר כח יישר כח יישר כח און נאכאמאל יישר כח.


צווייטנס, וויל איך דער ראש ישיבה שליט"א זאל וויסן ווי ווייט זיינע כוחות גייען, איך בין זיכער נישט דער ערשטער און אויך נישט דער לעצטער, אבער איך בין איין רינגעלע אין די לאנגע קייט פון אידישע קינדער וואס קומען צוריק צום אייבערשטן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א.


דריטנס, ווי ווייט מען דארף אנווארענען בחורים זיך נישט צו לאזן אריינכאפן אין נעץ, זיי זאלן נישט כאפן קיין התפעלות פון קיינעם, אפילו אויב יענער זעט אויס ווי אן ערליכער איד, אויב קען יענעם נישט טאר מען גיין מיט אים און זיכער נישט אריינגיין אין זיין אפיס. ליידער האט זיך מיין נפילה אזוי אנגעהויבן, און דאס האט פארברענט אסאך יארן פון מיין לעבן, און איך פרוביר נאך מיט אסאך תפלות און טרערן צו פאררעכטן די שאדן וואס דאס האט געמאכט אויף מיין נשמה. איך האב טאקע נישט באקומען קיין חינוך אויף דעם, אפשר ווען איך וואלט מער געהערט ווי ווייט מען דארף זיך אכטונג געבן פון פרעמדע מענטשן, וואלט איך נישט געווארן אריינגעשלעפט, אדער וואלט איך כאטש געגאנגען צו איינעם זיך דורכרעדן און פרעגן וואס צו טון.


די פערטע סיבה פארוואס איך שרייב דאס איז צו פרעגן וואס איך קען טון ארויסצואווייזן מיין הכרת הטוב, כאטש איין פינטעלע, אויף דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געטון מיט מיר? און וואס קען איך טון זיך אנצוהאלטן שטארק אין דעם הייליגן פלאץ און קיינמאל זיך נישט אוועקרירן פון דא?


אגב וויל איך פרעגן איך פרעגן אן הלכה שאלה, אויב מ'מעג קוקן אויף א שוועגערין, איינער האט מיר פארדרייט דעם קאפ אז מ'מעג, ס'איז אזוי ווי ביי א מאמע אדער שוועסטער.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר מיין לעבן ברוחניות ובגשמיות.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערשט יעצט געהאט די מעגליכקייט צו עפענען דיין בריוו און דאס ליינען.


וואס זאל איך דיר זאגן, האסט מיר אזוי מחי' געווען; איי וועסטו פרעגן 'דער ראש ישיבה דארף חיזוק? דער ראש ישיבה איז דאך יעדן איינעם מחזק?!' אבער אסאך מאל בין איך אזוי מסופק אויב איך זאל ווייטער רעדן די דרשות אדער אפהערן רעדן, זאל איך ווייטער שרייבן בריוו אדער אפלאזן דאס שרייבן; יעצט ליין איך דיין בריוו בין איך זייער פרייליך אז דורך די שיעורים ביסטו ארויס פון שאול תחתית און געווארן אן ערליכער איד.


בנוגע קוקן אויף א שוועגערין וכו'; א שוועגערין איז נישט אזוי ווי א מאמע און א שוועסטער, מען דארף האבן שמירת עיניים ביי א שוועגערין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1483 - יישר כח פאר'ן מיר מחזק זיין צו זאגן תהילים
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, סקול, חברים, דרך ארץ, התבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר בית פיגא סקול, איך ווער אזוי פרייליך ווען איך קום נאכאמאל יעדן צופרי אין סקול, דא איז מיין בעסטע פלאץ.


יישר כח פאר אלע שיעורים, עס געבט מיר אזויפיל עצות, אסאך מאל הער איך עס ביינאכט אין בעט.


איך האב געענדיגט די זעקס און אכציגסטע מאל תהלים, יישר כח אייבערשטער. יישר כח ראש ישיבה פאר'ן מיר מחזק זיין צו זאגן תהילים.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט ליב סקול, יעדן אינדערפרי ווערט איר פרייליך צו קענען קומען נאך א טאג אין סקול.


א מחי' צו הערן אזא גוטע בשורה, אז איר זאגט אזויפיל תהלים; איר האט יעצט מסיים געווען די זעקס און אכציגסטע מאל ספר תהלים. איך ווער אזוי פרייליך ווען איך הער אז די תלמידות פון בית פיגא זאגן תהלים.


נעמט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די גאנצע וועלט; מען זאל רעדן צום אייבערשטן, רעדן צו אים אויף די אייגענע שפראך, אים בעטן יעדע זאך און אים דערציילן יעדע זאך. עס איז גאר אן אנדערע לעבן ווען מען לעבט מיט די עצה, אלעס איז אנדערש, אלעס איז גרינגער, מען שפירט זיך ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן.


חבר'ט זיך מיט מיידלעך וואס רעדן איידל און פירן זיך איידל, חבר'ט זיך מיט מיידלעך וואס האבן דרך ארץ. ביים רבי'ן איז דרך ארץ נומער 1; ביים רבי'ן איז געווען זייער א שטארקע דרך ארץ, נאר אזוי האט מען געקענט מקבל זיין.


העלפט אייער מאמע; איר האט זייער חשוב'ע עלטערן, זייט מכבד אייערע עלטערן.


א פרייליכן חנוכה.

#1482 - וואס טו איך אז מ'רעדט ניבול פה ביי מיר אינדערהיים?
משפחה, ניבול פה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב א וואוילער שווער, ער העלפט מיר אלץ מיט וואס ער קען, בכלל איז ער א גוטער מענטש ער ווייסט נישט וויאזוי מען טוט וויי איינעם. איך האב אבער א פראבלעם אז ער נוצט זייער אסאך מאל א שמוציגע ווארט, למשל לעצטנס איז ער געווען ביי מיר אינדערהיים, און בשעת די קינדער האבן געשפילט, ווען ער וויל זיך אויסדריקן עפעס, נוצט ער די שמוציגע ווארט, פארשטייט זיך אביסל שטילער.


איך בין מודה אז איידער איך בין מקורב געווארן האב איך עס אויך גענוצט, אבער יעצט שטערט מיר עס זייער שטארק, און אויך כאפט זיך עס אריין ביי מיין ווייב. איך דארף אן עצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט אויב דו ווייסט וואס פאר א צרות און גזירות - ניבול פה ברענגט אויף די וועלט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג:) און דער רבי ברענגט דאס (ספר המדות אות ניבול פה, סימן ג): "בַּעֲווֹן נִבּוּל פֶּה צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת", צוליב די עבירה פון ניבול פה קומען אסאך צרות און נייע גזירות אויף די וועלט, "וּבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים, חַס וְשָׁלוֹם", יונגע מענטשן שטארבן, "וִיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעֲקִים וְאֵינָם נַעֲנִין", יתומים און אלמנות שרייען פאר הילף און זיי ווערן נישט געענטפערט, אלעס דורך די עבירה פון ניבול פה.


נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִילּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה", ווער עס רעדט ניבול פה, אפילו מען האט אים אפגעשריבן א גוטע זאך פאר זיבעציג יאר, "הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה", דריידט מען עס איבער צו שלעכט, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵּיהִנּוֹם", דורך ניבול פה מאכט מען זיך טיפער די גיהנום, "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", און נישט נאר דער וואס רעדט ניבול פה, נאר אפילו דער וואס הערט אויס ניבול פה.


נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ה): "חָמוּר הַאוֹמֵר בְּפִיו", עס איז אסאך ערגער די וואס רעדן שמוציג מיט'ן מויל, "מִן הָעוֹשֶׂה מַעֲשִֶׂה", ווי דער וואס טוט שמוץ; דער וואס רעדט, ער דערציילט א שמוציגע מעשה - איז נאך ערגער פון דער וואס האט געטון די מעשה.


געוואלד און געשריגן פאר דער וואס רעדט ניבול פה, ער מאכט חרוב די וועלט! ביי אונז אין ישיבה איז מען זייער מקפיד אויף ניבול פה, מער ווי אויף אלעס. אויך די מלמדים זענען זייער שטרענג אויף דעם, אז מען הערט ביי א קינד אפילו כמו ניבול פה, אדער ווערטער וואס זענען נישט די איידלסטע - איז מען זייער שטרענג.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, אונז שיקן א רוח טהרה פון הימל, מיר זאלן זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


א ליכטיגן חנוכה.

#1481 - אין ברסלב זאגט מען די "י"ג עקרים" און "יגדל"?
אמונה, מוהרא"ש, מנהגים, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוקים וואס דער ראש ישיבה שליט"א איז אונז כסדר מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'זאגט אין היכל הקודש די "י"ג עקרים", און אויך "יגדל אלקים", ווייל איך האב געהערט אז לויט'ן אר"י הקדוש זאגט מען עס נישט, און אזוי פירט מען זיך אין ברסלב, איך האב אבער געהערט אין נאמען פון ראש ישיבה שליט"א עס יא צו זאגן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם פיוט "יגדל אלקים" זאגט מען נישט. מוהרא"ש ברענגט פון רבי חיים ויטל בשם דעם הייליגן אריז"ל, ער האט נישט געהאלטן פון דעם פיוט יגדל.


די דרייצן אני מאמין'ס זאגט מען יא. מוהרא"ש פלעגט זיך פירן צו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס גלייך אינדערפרי נאך ברכת התורה, און אזוי פיר איך זיך אויך. עס זענען דא וואס זאגן דאס נאכן דאווענען, עס זענען דא וואס זאגן דאס אפאר מאל א טאג, יעדער איינער טוט ווי אזוי עס שיינט אים.


עס איז זייער א גרויסע זאך צו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס, דאס ברענגט אמונה, עס שטארקט די אמונה. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אמונה באקומט מען ווי מער מען רעדט דערפון, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "'אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי'; עַל יְדֵי שֶׁמְּדַבְּרִין הָאֱמוּנָה בַּפֶּה, זֶהוּ בְּעַצְמוֹ אֱמוּנָה, וְגַם עַל יְדֵי זֶה בָּאִים לֶאֱמוּנָה", אז מען רעדט פון אמונה, דאס אליינס איז אמונה און דאס ברענגט אמונה.


נאך זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן קמב): "כְּשֶׁנּוֹפֵל לְאָדָם סְפֵקוֹת בֶּאֱמוּנַת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ", ווען עס קומען אריין ספיקות אויף די אמונה, "יֹאמַר בְּפֶה מָלֵא", זאל מען ארויסזאגן מיט די מויל: "אֲנִי מַאֲמִין", איך גלייב, "בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה", מיט א שטארקע אמונה, "שֶׁהוּא יָחִיד", אז דער אייבערשטער געוועלטיגט איינער אליינס, "רִאשׁוֹן וְאַחֲרוֹן", ער איז דער ערשטער און דער לעצטער.


וואויל איז דעם וואס זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס, ער לעבט מיט די אמונה - וועט זיין לעבן זיין א זיסע לעבן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה - חַיָּיו חַיִּים, וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", ווער עס האט אמונה - דער לעבט א גוט לעבן און ער פארברענגט זיינע טעג און יארן נאר מיט גוטס, "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב, בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", ווייל ווען עס גייט אים אלעס אזוי ווי ער וויל, איז דאך גוט, "וַאֲפִלּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִין חַס וְשָׁלוֹם גַּם־כֵּן טוֹב", און אפילו ווען עס גייט אים נישט גוט, ער ליידט יסורים חס ושלום - איז אים אויך גוט, "כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל ער פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און אים העלפן, ווייל 'אז דער אייבערשטער ברענגט מיר די שלעכטס איז דאך זיכער אז דאס איז גוט פאר מיר', "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם, חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל, כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת, כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל, מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל, וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב, מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", אבער דער וואס האט נישט קיין אמונה - דער האט נישט קיין לעבן, ווייל ווי נאר עס גייט אים עפעס שלעכט האט ער נישט קיין שום טרייסט, ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, ווייל ער גלייבט דאך נישט אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ כַּנַּ"ל", אבער דער וואס לעבט מיט אמונה האט א שיינע זיסע לעבן.


א ליכטיגן חנוכה.

#1480 - איך האב שוין נישט קיין כח צו מיין ווייב, וואס קען איך טון?
שלום בית, תפילה והתבודדות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש הישיבה שליט"א,


איך גיי דורך יסורי נפש. מיין ווייב איז אויף שטארקע מעדעצינען פאר גייסטישע קרענק, זי איז שוין געווען אפאר מאל אין שפיטאל צוליב גייסטישע פראבלעמען, יעצט ברוך ה' איז איר מצב מער סטאביל אבער נאכאלץ נישט גרינג.


איך מוטשע זיך אזוי שטארק מיט געלט, יעדע וואך דארף איך ארויסקוועטשן געלט פון מענטשן.


די לעצטע צוויי יאר לערן איך ספרי ברסלב און ס'איז שטארק מחזק אבער איך פיל נישט אז עס טרייבט אוועק דעם יצר הרע לחלוטין.


איך האב שוין גערעדט מיט ערליכע אידן וועגן מיין ווייב, אלע האבן מיר געענפערט מער ווייניגער אויפ'ן זעלבן אופן "אלץ בעסער ווי צו זיין אליין".


איך האב אזוי לאנג געדארפט ווארטן א חתן צו ווערן, איך האב געדאוונט אסאך פאר מיין ריכטיגער זיווג. איך פיל ממש אז תפילה עושה מחצה, איך האב נאר באקומען האלב. ווען מ'קויפט א פאר שיך דארף ביידע שיך זיין די זעלבע מאס, א רעכטע מיט א לינקע און ביידע שיך פון די זעלבע פירמע. אויב עס פעלט איינע פון די אויבנדערמאנטע זאכן איז עס נישט קיין פאר שיך, ס'איז צוויי שיך אבער נישט קיין פאר. ווען איינער האט בכלל נישט קיין שיך און מ'געבט אים שיך מיט איינע פון די אויבנדערמאנטע חסרונות, איז עס טאקע בעסער ווי צו גיין בארוועס, אבער ווען מ'גייט מיט אזעלכע סארט שיך שטעכט עס נאכאלץ.


איך שפיר אז פון הימל האט מען מיר געגעבן סתם א ווייב, נישט א זיווג. זי קאכט נישט און זי קען אפילו נישט נייען, זי איז אן איבערגעגעבענע מאמע פאר די קינדער, איך דארף איר נעמען איבעראל צו אפוינטמענטס און די קינדער אויך, און איך קען זיך נישט ערלויבן בקביעות א קאר סערוויס, און ווען איך ווער נערוועז פון די עול, בא'שגצ'ט זי מיר, ווען איך פרוביר זיך מחזק זיין דורך הערן א שיעור וכדומה קומט אייביג א פרישע בלבול צו פון איר; ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט איר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי האבן דיר זייער גוט געזאגט, ווי שווער עס איז דיר מיט דיין ווייב - וועט דיר זיין אסאך שווערער אן איר.


די אלע שיינע משלים, צוויי שיך, רעכטע מיט לינקע - איז אלעס פיין און וואויל ביז מען דערזעט זיך אליין, זיין אליין איז זייער ביטער. די תורה זאגט (בראשית ב, יח): "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ", עס איז נישט גוט פאר'ן מענטש צו זיין אליין, "אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", זאגן אויף דעם די הייליגע חכמים (יבמות סג.): עס ווענדט זיך אינעם מענטש, 'זָכָה', איז מען ערליך, מען איז אפגעהיטן, מען לערנט, מען דאווענט, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט 'עוֹזַרְתּוֹ' - איז די ווייב אן עזר, זי העלפט דעם מאן, 'לֹא זָכָה', אויב איז מען נישט זוכה, מען לערנט נישט, מען דאווענט נישט, מען לעבט נישט מיט אמונה, דעמאלט 'כְּנֶגְדּוֹ' - איז זי אים א מתנגד, וואס ער וויל - זאגט זי פארקערט.


אז דו ווילסט זיך ווייניגער מוטשען מיט פרנסה זאלסטו מכבד זיין דיין ווייב; רעד שיין צו איר, קוק שיין אויף איר, זוך אין איר גוטס - וועסטו ווערן א גרויסער עושר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא, נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", ווער עס איז מכבד די ווייב ווערט רייך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט): "עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע רייכטום איז בזכות די פרוי; ווי אזוי מען פירט זיך צו איר - אזויפיל געלט געבט דער אייבערשטער.


פארוואס זאלסטו קרעכצן אז דו דארפסט איר נעמען און טראגן צו אירע פלעצער? וואס איז אזוי געפערליך צו נעמען די ווייב מיט די קאר?! דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב וואס היט דיר פון עבירות און ציט אויף די קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין; מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער עס איר אהיים ברענגען, "אָמַר לֵיהּ רַב: וְהָא קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ לְמַר", האט רב געפרעגט רבי חייא: איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?! "אָמַר לֵיהּ" האט אים רב חייא געזאגט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיך פון עבירות און ציט אויף די קינדער.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן; שמועס מיט אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, רעד צו אים אויף דיין שפראך, זאג אים ווי שטארק דו מוטשעסט זיך. אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת בלק, קצה.) ווען אן ארעמאן קומט צום אייבערשטן און בעט אויף פרנסה, ער טענה'ט מיט'ן אייבערשטן פארוואס ער האט נישט קיין פרנסה, זיין ווייב און קינדער ווארטן אויף עסן און ער האט זיי נישט וואס צו געבן, זאגט דער זוהר הקדוש אז דער תפילה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן - מער פון אלע תפילות, עיין שם.


א ליכטיגן חנוכה.

#1479 - יישר כח פאר די ליכטיגקייט וואס האט אויפגעשיינט אונזער גאנצע שטוב
שמחות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, בית המדרש, היכל הקודש, קברי צדיקים, שלום, סקול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קען נישט גענוג דאנקען דעם אייבערשטן, און איך קען זיך נישט גענוג באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, פאר אלעס גוטס וואס איך באקום טאג טעגליך.


אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א האב איך געענדיגט יעצט די זעקסטע מאל משניות, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ענדיג איך די וואך מסכת גיטין פון ירושלמי. מיין זון וואס איז 6 יאר אלט האט געענדיגט יעצט משניות מסכת פאה.


מארגן פאר איך אי"ה קיין מירון צו רבי שמעון בר יוחאי זיע"א, צו מאכן חאלאקע פאר מיין דריי יעריג אינגל.


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש ביי מיר אינדערהיים.


נאך א זאך, מיינע צוויי טעכטער האבן שוין געענדיגט אסאך מאל תהלים. די 9 יעריגע האט שוין געענדיגט תהלים איבער 20 מאל, זי זעט אלץ אין "איש אמונות" ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט בריוו פאר תלמידות בית פיגא וואס האבן געענדיגט תהלים, און זי וויל אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל איר אויך שרייבן א בריוו, זי האט פונקט לעצטנס געליינט אין א בריוו אז מ'קען זיין א תלמידה בית פיגא אפילו ווען מ'לערנט נישט דארט, איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט איר שרייבן א בריוו מיט חיזוק.


אויך די יונגערע 7 יעריגע האט שוין געענדיגט 3 מאל תהלים ברוך ה'.


איך טראכט אלץ אז אפשר שרייב איך נישט גענוג צום ראש ישיבה שליט"א, אבער איך באקום פשוט ענטפערס אויף אלע מיין שאלות אין די הייליגע שיעורים און בריוו. א גרויסן יישר כח פאר די אלע שיעורים, וואס געבן מיר לופט צו אטעמען טאג טעגליך, און אויף די טייערע בריוו, און אויף די הייליגע ניגונים וואס העלפן מיר אזוי שטארק ביי התבודדות.


און נאכאמאל א יישר כח פאר די ליכטיגקייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אריינגעברענגט צו אונז אהיים.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט אויף וואס דיר קודם צו וואונטשן "מזל טוב!" אויף דיין סיום משניות, אויף די אפשערן פון דיין זון נרו יאיר, אדער גאר אויף די גרויסע שמחה פאר'ן עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין בני ברק... דאס איז גאר א גרויסע שמחה, אז איר האט זיך שוין געקענט צאנעמען, ארויסקריכן פון די קטנות און טון למעשה - עפענען א בית המדרש. אז איר וועט זיך האלטן באחדות און איר וועט רעדן פון רבי'ן אן קיין חכמות - וועט איר מצליח זיין, עס וועט זיין א ליכטיגע ווינקל פאר גאנץ בני ברק.


ביי אונז אין וויליאמסבורג האט מען אויך געעפנט דעם בית המדרש ביי איינעם אין שטוב; אין אנהייב האבן זיך צאמגענומען געציילטע אינגעלייט פאר שלש סעודות, און פון דעם איז זיך צואוואקסן אזא שיינע קהילה מיט מוסדות.


האלט קאפ אויף די צוויי נקודות: עס זאל נאר זיין שלום, עס זאל נישט זיין צווישן אייך בעלי מחלוקת, און מען זאל רעדן פון רבי'ן אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש. מען זאל רעדן פון די דריי נקודות: לערנען תורה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), פון תפילה והתבודדות, דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, שמועסן מיט אים, דערציילן יעדע זאך, און פון שלום בית.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב) אויפ'ן פסוק (תהלים נ, א): "'אֵל אֱלֹקִים ה' דִּבֶּר', כִּי אֵלּוּ שְׁלשָׁה שֵׁמוֹת הֵם מְקוֹר הָאֱמֶת, וְעַל יָדָם מֵאִיר הָאֱמֶת בְּהַדִּבּוּר", די דריי שמות פונעם אייבערשטן - דאס איז דער אמת, און אז מען רעדט פון די דריי זאכן - איז מען ביים אמת. ווי דער רבי שמועסט דארט אויס באריכות, 'אל' איז דער שם פון תפילה, 'אלקים' איז דער שם פון תורה, און ה' איז דער שם פון שידוכים און שלום בית; די דריי זאכן זענען יסודות ביים רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן און האבן נחת ביי דיינע קינדער, איך שיק דיר א בריוו פאר דיין טאכטער.


א ליכטיגן חנוכה.


...


... תחי'


אייער טאטע האט מיר געשריבן אז איר זאגט תהלים און איר האט געענדיגט יעצט די צוואנציגסטע מאל תהלים. יעצט זע איך אז איר זענט א ריכטיגע בית פיגא תלמידה, מען דארף נישט לערנען אין די פיר ווענט פון בית פיגא צו זיין א תלמידה פון רבי'ן, אז מען פירט זיך מיט די לימודים פון בית פיגא איז מען א תלמידה.


בעטס אייער טאטע ער זאל אייך נעמען פון צייט צו צייט צו א ציון פון א צדיק, דארט זאלט איר זיך אויסבעטן צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג) ביי א ציון פון א צדיק איז מען זוכה אז עס ווערן אנגענומען אלע תפילות.


א ליכטיגן חנוכה.

#1478 - איך וויל שטארקן מיין אמונה, וואו קען איך זען מופתים?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, צדיקים, מוהרא"ש, ספיקות, חנוכה, קשיות, נסים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט קיין יונגער מענטש, איך האב א שטוב מיט קינדער, איך בין אבער אין א גרויסע פארלעגנהייט מיט שטארקע ספיקות אין אמונה.


איך האב געליינט רחמנא ליצלן ספרים פון חקירה, אזוי ווי מורה נבוכים און נאך, און דאס האט מיר געמאכט ספיקות אויב עס איז בכלל דא אזא זאך פון נסים למעלה מדרך הטבע, נסים וואס טוישן די טבע פון די וועלט.


איך האב זייער אסאך פרובירט זיך צו שטארקן מיט אמונה פשוטה, מיט התבודדות, מיט ברסלב'ע ספרים, עס האט מיר אבער נישט געהאלפן.


איך זוך פשוט צו זען עפעס א נס, א מופת, און דאס וועט מיר פארענטפערן אלע ספיקות אין אמונה. איך פארברענג אסאך צייט זיך צו דרייען ביי צדיקים וואס מ'זאגט אז זיי זענען פועלי ישועות, כדי צו זען אפשר, אדער כאטש צו הערן פון א באגלייבטער כלי ראשון וואס איז נישט קיין בעל דמיון, עפעס וואס איז א קלארער נס, וואס ווייזט קלאר אז דער אייבערשטער פירט די וועלט. צום ביישפיל א נס פון קפיצת הדרך וואס איז ממש למעלה מן הטבע און למעלה מן הזמן. למעשה האב איך עס אבער נישט געטראפן, און איך ווייס נישט וואס צו טון מיט זיך.


איך בעט דעם ראש ישיבה שליט"א מיט מיין גאנצע הארץ, אויב איר קענט מיר טרעפן א באגלויבטער מענטש, וואס זאל מיר דערציילן אן אפענער נס וואס ער האט געזען ביי א צדיק, דאס וועט מיר בארואיגן.


און זיכער אויב דער ראש ישיבה שליט"א אליין קען אזא סארט צדיק וואס איך קען ביי יענעם זען א נס, אדער ער זאל זען אויף מיר מיינע עבירות און מצוות, וואס דאס וועט מיר ארויסנעמען פון מיינע ספיקות וואס פארטונקלען מיר מיין לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו זוכסט א פלאץ וואו דו קענסט זען א נס? קוק זיך אליינס אן! אטעם אריין לופט און בלאז ארויס לופט - דאס איז די גרעסטע נס. די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה יד, ט): "עַל כָּל נְשִׁימָה וּנְשִׁימָה שֶׁאָדָם נוֹשֵׁם צָרִיךְ לְקַלֵּס לַבּוֹרֵא, מַה טַּעַם (תהלים קנ, ו) כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ, כָּל הַנְּשִׁימָה תְּהַלֵּל יָהּ", אויף יעדע אטעם דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן; אן דעם באשעפער קען מען נישט אריין אטעמען אפילו איין אטעם.


ווען די חשמונאים האבן מנצח געווען די יוונים, ווען זיי זענען אריין אין בית המקדש און געזען דעם גרויסן חורבן וואס די יוונים האבן געמאכט, מען האט נישט געקענט אנצינדן די הייליגע מנורה, אלע אויל זענען געווען טמא, פלוצלונג האבן זיי געטראפן א קריגל אויל, עס איז געווארן א נס אז עס האט געברענט אכט טעג, האבן די הייליגע חכמים מתקן געווען די הייליגע יום טוב חנוכה. פרעגט דער הייליגער בית יוסף (בית יוסף אורח חיים, סימן תר"ע) די באקאנטע קשיא, פארוואס מאכן מיר אכט טעג יום טוב חנוכה? פאר איין טאג איז דאך געווען גענוג אויל צו צינדן, דער נס איז געווען נאר זיבן טעג!


זאגט מוהרא"ש פון צדיקים, דאס אז אויל ברענט - איז דאך די גרעסטע נס! די הייליגע חשמונאים האבן געזען אז די טבע איז א נס, נישטא קיין טבע, מקרה און מזל, אלעס איז אייבערשטער! אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כה.), די טאכטער פונעם הייליגן רבי חנינא בן דוסא האט געוויינט צו איר טאטע, זי האט אנגעצינדן שבת לעכט, זי האט געמיינט אז עס איז אויל, למעשה איז דאס געווען עסיג און זי זאגט פאר איר טאטע: "עס גייט זיך יעצט פארלעשן און מיר וועלן זיצן שבת אין די פינסטער", האט דער הייליגער צדיק איר געזאגט: "וואס וויינסטו? דער אייבערשטער וואס זאגט אז אויל זאל ברענען קען מאכן אז עסיג זאל ברענען, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן", זיי האבן מתפלל געווען און עס איז געשען א נס, די עסיג האט געברענט! עס האט געברענט נאך לענגער ווי די אויל, עס האט געברענט ביז מוצאי שבת; אלע האבן געזען אז עס איז נישטא קיין טבע, די טבע אליינס איז אייבערשטער.


דו דארפסט תשובה טון פאר'ן לערנען די ספרים פון חקירה. דער רבי האט זייער מקפיד געווען נישט צו לערנען די ספרים, אפילו ספרים פון הייליגע ראשונים - האט דער רבי זייער מקפיד געווען נישט צו לערנען. דו דארפסט תשובה טון, איבערבעטן דעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תז): "יְּכוֹלִין לְהַכִּיר בְּהַפָּנִים שֶׁל הָאָדָם אִם לָמַד מוֹרֵה נְבוּכִים", מען קען דערקענען אויפ'ן פנים פונעם מענטש אויב ער האט געלערנט דעם ספר מורה נבוכים, "כִּי בְּוַדַּאי הוּא אוֹבֵד צֶלֶם אֱלֹקִים פָּנִים דִּקְדֻשָּׁה עַל יְדֵי זֶה", מען פארלירט די צלם אלקים, די הייליגקייט פונעם פנים, "וּכְמוֹ שֶׁרוֹאִין בְּחוּשׁ שֶׁרֻבָּם כְּכֻלָּם שֶׁעָסְקוּ בְּאֵלּוּ הַסְּפָרִים בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ, נַעֲשׂוּ אֶפִּיקוֹרְסִים גְּמוּרִים, וְהֵם חֲשׁוּדִים עַל כָּל עֲבֵרוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה. כִּי זֶה הַסֵּפֶר וְכֵן שְׁאָר סִפְרֵי הַמְחַקְּרִים עוֹקְרִים אֶת הָאָדָם לְגַמְרֵי מֵאֱמוּנַת יִשְׂרָאֵל, וּמִתּוֹרָתֵנוּ הַקְּדוֹשָׁה, וּמֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאַחֲרִיתוֹ עֲדֵי אוֹבֵד", די אלע וואס לערנען די ספרים פון חקירות ווערן ביים סוף אפיקורסים, די ספרים רייסן אויס די אמונה אינעם אייבערשטן און אין די הייליגע תורה, "גַּם אֲנִי דִּבַּרְתִּי עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים שֶׁהֵם כְּשֵׁרִים קְצָת, שֶׁלָּמְדוּ מִכְּבָר סִפְרֵי הַמְחַקְּרִים, וְכֻלָּם אָמְרוּ בְּפֶה מָלֵא שֶׁהֵם מִתְחָרְטִים מְאֹד עַל זֶה שֶׁלָּמְדוּ, וְהַלְוַאי שֶׁלּא הָיוּ יוֹדְעִים מֵהֶם. וְהֵעִידוּ בְּעַצְמָן שֶׁרָאוּי לְהִתְרַחֵק מֵהֶם מְאֹד מְאֹד בְּתַכְלִית הָרִחוּק", איך האב גערעדט מיט מענטשן - זאגט דער רבי, וואס זיי זענען ערליך, זיי האבן מיר געזאגט אז זיי האבן אלע חרטה פאר'ן אריינקוקן אין די ספרים, און הלואי וואלטן זיי נישט אריינגעקוקט אין די אלע ספרים. "אַשְׁרֵי מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מֵהֶם וּמְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה לְבַד, כְּפִי מַה שֶּׁקִּבַּלְנוּ מֵאֲבוֹתֵינוּ כְּמוֹ שֶׁכְּלַל יִשְׂרָאֵל מַאֲמִינִים בְּלִי שׁוּם חֲקִירוֹת שֶׁל שְׁטוּת וָהֶבֶל שֶׁלָּהֶם", וואויל איז דער וואס אנטלויפט פון די אלע זאכן, ער איז שטארק אין די אמונה וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן, אן קיין שום נארישע חקירות.


מוהרא"ש פלעגט זיך קיינמאל נישט טענה'ען אויף די אמונה, ווען מען איז געקומען צו אים פרעגן קשיות האט ער יענעם געמאכט צו נאר; ער האט יענעם געזאגט: "שטעל זיך אויף, זעץ זיך אראפ, הייב זיך נאכאמאל אויף און גיי אהער און גיי אהין", און מוהרא"ש פרעגט: "זאגט מיר, ווער וואקט אין דיר? ווער גייט אין דיר? ווער רירט זיך אין דיר? דאס אלעס איז נאר דער חלק אלוקי ממעל, א מענטש אן דעם אייבערשטן איז א שטיק פלייש וואס קען זיך נישט רירן, קען נישט קומען און קען נישט גיין"; ביז די אלע וואס זענען זיך געקומען טענה'ען מיט מוהרא"ש האבן תשובה געטון.


מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר אלע וואס פרעגן 'וואו איז דער אייבערשטער?' זיי ווילן זען דעם אייבערשטן: "וואס איז לופט? ווי אזוי זעט אויס לופט? זיי מיר מסביר וואס איז לופט, וואו קען מען עס זען?" מוהרא"ש פלעגט זאגן: "לופט קען מען נישט זען, לופט איז אייבערשטער; דער אייבערשטער געבט די חיות פאר'ן מענטש".


אז דו ביסט אזוי אראפגעפאלן אין די ערגסטע פלאץ וואו א מענטש קען נאר אנקומען, דו האסט קשיות און ספיקות - איז דא איין עצה פאר דיר, די עצה פון התבודדות. גיי וויין צום אייבערשטן, זאג: "רבונו של עולם, איך האב נישט קיין אמונה, איך גלייב נישט אין דיר; איך האב געטון א נארישקייט, איך האב אריינגעקוקט אין ספרים וואס מען טאר נישט קוקן, יעצט איז מיר דער קאפ פארדריידט, העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן אמונה אין דיר, איך זאל האב אזא שטארקע אמונה אז איך זאל דיר זען, הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך א נס איך זאל אנהייבן גלייבן אין דיר אזוי ווי אמאל, געב מיר א שטארקע אמונה".


שרייען צום אייבערשטן - דאס וועט דיר העלפן, מאך זיך נישט משוגע פון זוכן מופתים וכו', גיי צום אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מו): "וַאֲזַי צָרִיךְ לִצְעֹק לְאָבִיו שֶׁבַּשָּׁמַיִם בְּקוֹל חָזָק מֵעִמְקֵי הַלֵּב", די עצה אויף דעם איז שרייען צום אייבערשטן פון טיפעניש פון הארץ: "הייליגער באשעפער, וואס האט דא פאסירט מיט מיר?! איך בין אין א סכנה, די אמונה איז מיר פארלאשן! איך וווייס נישט וואס האט פאסירט מיט מיר, העלף מיר האבן אמונה".


דער רבי זאגט (שם): "קֻשְׁיָא" איז די ראשי תיבות: "שְׁ'מַע יְ'יָ ק'וֹלִי אֶ'קְרָא, שֶׁצָּרִיךְ רַק לִקְרוֹת לַה', כְּשֶׁמִּתְגַּבֵּר עָלָיו הַקֻּשְׁיָא וְהַכְּפִירָה", מען דארף וויינען און שרייען צום אייבערשטן ווען מען זעט אז עס זענען זיך מתגבר די קשיות און כפירות.


מאך זיך א שיעור אין ספר יד החזקה פון הייליגן רמב"ם; דער רבי האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועלן מיר פסק'נען ווי דער רמב"ם", אבער די אנדערע ספרים - זאלסטו נישט לערנען און נישט האלטן אין שטוב.


א ליכטיגן חנוכה.

#1477 - מעג מען ארויסנעמען אום שבת פון א טאפ וואס ליגט אויפ'ן האטפלעיט?
שבת קודש, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס מ'טוט אום שבת קודש, אויב קיינער איז נישט אינדערהיים מיר צו העלפן האלטן דעם טאפ, אויב מעג איך ארויסנעמען זופ אדער טשאלנט גלייך פונעם טאפ וואס ליגט נאך אויף די האטפלעיט, צו געבן פאר די קינדער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן שבת נישט צו קומען צו חילול שבת, מען דארף גוט קענען הלכות בישול פאר מען גייט צו צום טאפ שבת; איינער וואס קען נישט הלכות בישול טאר נישט אנרירן די טעפ, מען קען מיט איין ריר עובר זיין אויף קאכן אום שבת.


אויב די עסן איז נאכנישט געקאכט - דארף מען וויסן אז מען טאר נישט עפענען דעם דעקל פונעם טאפ, ווייל אויב מען עפנט די דעקל - טאר מען עס נישט צודעקן, עס איז א חיוב חטאת, דאס הייסט קאכן אין שבת. אויך דארף מען וויסן, אויב די עסן איז נישט אינגאנצן געקאכט און מען האט דאס אראפגענומען פון פלאם - טאר מען נישט צוריק לייגן דעם טאפ אויפ'ן פייער, אויך טאר מען נישט ארויסנעמען מיט א לעפל, ווייל ווען מען נעמט ארויס מיט'ן לעפל מישט מען די עסן, און מישן עסן - איז קאכן, דעריבער איז זייער וויכטיג צו קאכן די עסן גענוג פרי, אז ביים זמן שבת זאלן אלע הייסע עסן שוין זיין געקאכט.


ווען די עסן איז שוין אינגאנצן געקאכט, דעמאלט, אויב מען עפנט אויף די דעקל - מעג מען צוריק צודעקן דעם דעקל, אויך מעג מען צוריק לייגן דעם טאפ אויפ'ן פייער אויב עס איז דא א בלעך און מען האט נאכנישט אראפגעלייגט דעם טאפ פון די הענט.


בנוגע ארויסנעמען פון טאפ ווען די עסן איז שוין אינגאנצן געקאכט און עס ליגט נאך אויפ'ן בלעך; אויב איז דאס א טרוקענע עסן, צום ביישפיל קוגל - איז בכלל נישט קיין פראבלעם. אויב עס איז א נאסע עסן, אזוי ווי טשאלנט; לכתחילה דארף מען אונטערהייבן דעם טאפ, אבער אויב מען האט נישט ווער עס זאל העלפן, אדער די טאפ איז זייער א שווערע - קען מען ארויסנעמען פון טאפ, מען זאל אבער אכטונג געבן נישט צו נעמען פון אונטן, נאר נעמען פון אויבן און זיכער נישט מישן די עסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1476 - דארף מען זיך וואשן נעגל וואסער יעדעס מאל מ'שטייט אויף ביינאכט?
סיפורי צדיקים, נעגל וואסער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה וועגן נעגל וואסער. עס קומט מיר אויס צומאל אויפצושטיין עטליכע מאל ביינאכט זיך אפצוגעבן מיט די קינדער, וויל איך וויסן אויב מ'דארף זיך וואשן נעגל וואסער יעדעס מאל באזונדער, אדער נאר אינדערפרי. צום ביישפיל אויב איך וואש זיך נעגל וואסער פיר אזייגער פארטאגס, דארף איך זיך נאכאמאל וואשן ווען איך שטיי אויף אום אכט אזייגער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער זוהר הקדוש זאגט (וישב, קפד:) בשעת א מענטש שלאפט גייט ארויף זיין נשמה און עס קומט א רוח טומאה אויף אים, און ווען דער מענטש וועקט זיך אויף - קומט זיין נשמה צוריק, דעמאלט גייט אוועק די רוח טומאה פון אים אבער עס בלייבט אויף זיינע הענט און גייט נישט אראפ פון אים נאר דורך נעגל וואסער.


אז מען שלאפט אין די נאכט שעות - דארף מען זיך וואשן נעגל וואסער, נישט קיין חילוק ווען מען שטייט אויף און וויפיל מאל מען גייט צוריק שלאפן; אויב מען וויל ארויסגיין פון שטוב - דארף מען זיך וואשן נעגל וואסער.


מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א פרוי געקומען צום גרויסן גאון דער סטייפלער זכותו יגן עלינו, זי האט געוויינט אז אירע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, און ממש יעצט האט איר זון זיך אפגעשניטן די פיאות רחמנא לצלן, האט דער סטייפלער גאון איר געפרעגט: "איר גיסט זיך אפ נעגל וואסער אינדערפרי?" די פרוי איז רויט געווארן פאר בושה און מודה געווען אז זי גיסט זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "וואס ווילט איר פון מיר? אז מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער בלייבט די טומאה אויף די הענט; וואס מען כאפט אן ווערט טמא, ממילא איז די גאנצע שטוב פול מיט א רוח טומאה רחמנא לצלן, וואס קען איך אייך טון אז איר אליינס האט גורם געווען די צרות?" זעט מען וואס פאסירט ווען מען גיסט זיך נישט אפ נעגל וואסער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.