שאלה אין קורצן ענין
#1222 - וואס טו איך אז מ'זאגט אפ שידוכים צוליב מיין בארד?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, עבודת השם, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף חיזוק, איך ווייס נישט וואס צו טון, מען האט מיר שוין נאכאמאל אפגעזאגט א שידוך ווייל איך טראג א בארד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם לעצטן ערב יום כיפור פון רבי'ן, שנת תקע"א איז געווען ביים רבי'ן א מעשה. איינער פון רבינ'ס מענטשן איז געקומען צום רבי'ן זאגן אז ער דארף א ברכה, ער איז זייער אפגעשוואכט און ער האט גרויסע יסורים. בשעת ער האט דאס דערציילט דעם רבי'ן איז געווען דארט איינער וואס האט געקענט דעם מענטש, זיינס א חבר, און יענער האט זיך אנגערופן צום רבי'ן: "דער רבי זאל וויסן, אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז ווייל ער גייט אין מקוה, דאס מאכט אים קראנק", האט דער רבי געזאגט: "לָמָה אַתֶּם תּוֹלִים הַכְבָּדַת הַחוֹלַאַת בְּמִצְווֹת", פארוואס זאלסטו צאמשטעלן זיין קראנקייט מיט מצוות? "טוֹב וְרָאוּי יוֹתֵר שֶׁתִּתְלוּ בַּעֲבֵרוֹת", ענדערש זאלסטו דאס אנהענגען אין עבירות (שיחות הר"ן, סימן רצח).


דאס זעלבע זאג איך דיר, פארוואס זאלסטו אנהענגען אז דו האסט נאכנישט קיין שידוך ווייל דו האסט א בארד מיט פיאות? ענדערש זאלסטו תשובה טון, זאלסט זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל אננעמען דיין תשובה, זאלסט פאררעכטן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען בפגם הברית, דעמאלט וועסטו טרעפן דיין שידוך.


נעם די עצה פון התבודדות; גיי אין א שטילע פלאץ און וויין זיך אויס צום אייבערשטן. בעט אים איבער, טו תשובה; זאג דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ, דאס וועט צואיילן דיין שידוך.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית", חודש אלול איז מסוגל צו פאררעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין זיין שידוך, ער האט שוין חתונה געהאט, וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו', אבער אז מען טוט תשובה "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", ממילא איז מען דעמאלט זוכה צו טרעפן דעם שידוך.


עס איז דא זייער שיינע תפילות פאר בחורים אין מיידלעך אינעם ספר "דיין שידוך וועט אנקומען" (מציאת הזיווג). איך וועל דיר דא אראפברענגען א שיינע תפילה וואס מוהרא"ש האט געמאכט פאר בחורים צו מתפלל זיין פאר א שידוך, אויב מען זאגט די תפילה איז מען זוכה צו טרעפן דעם שידוך:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה,] אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1221 - מיין ווייב האט נישט ליב מיין נוסח, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?
שלום בית, נוסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון די שיעורים און די קונטרסים, איך מיט מיין ווייב זענען זיך זייער מחזק מיט די אלע עצות פון הייליגן רבי'ן, ס'העלפט אונז אזויפיל אין לעבן.


איך קום ארגיניעל פון א געוויסע חסידות און מיין ווייב קומט פון אן אנדערע סארט חסידות. און דער נוסח איז גאר אנדערש ביי מיין טאטן אין שטוב ווי ביי מיין שווער, און דאס איז א זאך וואס שטערט אונזער לעבן, מיין ווייב האט זייער נישט ליב מיין נוסח, און זי פארשטייט נישט פארוואס מ'דארף אזויפיל קוועטשן.


איך בין אויפגעוואקסן מיט א נוסח וואס איז זייער לאנג יעדע זאך, און מיט א קוועטש. למשל ביי קידוש איז דאס גאר א לאנגע נוסח, איך האב דאס זייער ליב, אבער פאר מיין ווייב שמעקט עס נישט, און זי טענה'ט אויך אז אונזערע קינדער וועלן נישט האבן צופיל געדולד צו אזעלכע זאכן.


איך האב אבער זייער ליב דעם נוסח און דעם וועג, און איך וויל באמת נאר דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות. וואס זאל איך טון? זאל איך טוישן דעם נוסח, און אריבערגיין צו די וועלטליכער נוסח וואס איז קורצער און גרינגער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט וויסן די וועג ווי אזוי זיך אויסצוקומען מיט דיין ווייב. רבי נתן האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "איך וואלט ווען געדארפט שרייבן נאך א גאנצע סעט ליקוטי הלכות נאר אויף שלום בית; ווייזן א וועג פאר אלעמען ווי אזוי צו לעבן אין שטוב, מאן און ווייב מיט'ן אייבערשטן".


מוהרא"ש פלעגט דערציילן פונעם הייליגן צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה. ער פלעגט נישט זיין אין שטוב, רוב וואך איז ער געווען באהאלטן, ער האט עוסק געווען מיט התבודדות צום איבערשטן און מיט זיינע שיעורים; פלעגן קומען פרויען, אומפארגינערישע שכנים - אנהעצן זיין ווייב קעגן אים, זיי פלעגן איר טשעפען זאגנדיג: "דו האסט א מאן א משוגע'נער", זיי פלעגן איר זאגן: "דו ביסט א רחמנות"; אזעלכע ווערטער פלעגן זיי איר זאגן ביז זי איז געווארן אויפגעהעצט קעגן אים און ווען ער איז אהיים געקומען האט זי אים געזאגט: "עד כאן, איך גיי נישט מער אזוי לעבן מיט דיר וכו' וכו'", אבער רבי אברהם בן רבי נחמן האט געוויסט דעם סוד ווי אזוי צו רעדן מיט א ווייב, ער האט גערעדט צו איר זייער שיין, זייער ווייך, ער פלעגט איר זאגן אזעלכע שיינע ווערטער ביז זי האט אפגעמאכט אז זי גייט מער נישט אויסהערן די שכנים. למעשה פלעגט זי יא צוריק פאלן; זי פלעגט נאכאמאל ווערן אויפגעהעצט, אבער דער צדיק האט אזוי שיין גערעדט צו איר, ער האט איר שטענדיג אונטער געקויפט און אלץ שלום געמאכט.


עס איז דא א וועג ווי אזוי מען קען לעבן מיט די ווייב זי זאלן ווערן איינס מיט'ן מאן, די הייליגע חכמים זאגן (עירובין ק:): "אִלְמָלֵא לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה", ווען מיר וואלטן נישט געהאט די תורה, "לָמַדְנוּ דֶרֶךְ אֶרֶץ מִתַּרְנְגוֹל", וואלטן מיר געלערנט דרך ארץ פון א האן, דער האן זאגט פאר'ן הינדל: "זִיגָא זָבֵינְנָא לִיךְ", איך גיי דיר קויפן א שיינעם מאנטל, "דְּמָטֵי לִיךְ עַד אַרְעָא", א מאנטל וואס וועט צודעקן דיינע פיס, "וּבָתַר הָכִי", נאכן לעבן אינאיינעם זאגט ער איר: גלייב מיר, אויב וואלט איך ווען געהאט געלט וואלט איך דיר דאס געקויפט, איך האב נישט; ער זאגט איר, גלייב מיר אז איך מיין עס אמת'דיג, אויב נישט: "לִישְׁמְטֵיהּ לְכַרְבַּלְתֵּיהּ דְּהַהוּא תַרְנְגוֹלָא, אִי אִית לֵיהּ וְלָא זַבְּנִינָא לָךְ", - זאל מיין קאפ אויסגעריסן ווערן, איך האב פשוט נישט קיין געלט.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו רעדן אין שטוב, איר געבן וואס זי דארף, זי זאל שפירן ווי זי איז חשוב און טייער; דעמאלט וועט זי מסכים זיין צו דינען דעם אייבערשטן אויף דיין וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1220 - זאל איך ארויסנעמען אן הלוואה צו קענען קויפן א קאר?
חובות, תפילה והתבודדות, ספיקות, בלבולים, קאר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך ווייטער מחזק מיט די שיעורים און מיט די בריוו אין עצתו אמונה, און די ניגונים געבן מיר אריין ממש א נייע לעבן.


איך האב א קאר, איך וויל יעצט קויפן א נייע, איך האב אבער נישט דאס געלט דערפאר, וויל איך פרעגן אויב איך זאל נעמען אן הלוואה פון די באנק אויף דעם. מיין פראבלעם איז ווייל דער רבי זאגט דאך אז ווער ס'וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן נישט צו זיין א בעל חוב.


די גרעסטע בלבול האב איך ווען איך טראכט פארוואס איך דארף בכלל בארגן געלט. דאס איז נישט דוקא נאר ביי די קאר נאר ביי יעדע זאך אין לעבן, ווי אזוי ווייס איך אויב איך טו ריכטיג אדער נישט? דער אייבערשטער פירט דאך יעדע זאך, וואלט איך דאך געדארפט נאר בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס איך דארף, און בלויז זיצן און ווארטן מיט געדולד, אויב איז עס גוט פאר מיר וועט עס מיר דער אייבערשטער דאך געבן, ער האט דאך אלעס און ער קען אלעס, און אויב איז עס נישט גוט פאר מיר, וועל איך דאך עס סיי ווי נישט באקומען. ווי אזוי קען איך וויסן וואס איך האב צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט טאקע געזאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב - יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן פון האבן חובות; אבער אז דו דארפסט האבן א קאר זאלסטו נעמען אן הלואה פון באנק און קויפן די קאר.


א קאר איז א וויכטיגע זאך, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רל): "טּוֹב הָיָה שֶׁיִּהְיֶה לְאִישׁ כָּשֵׁר סוּסִים שֶׁיִּסַּע בְּכָל פַּעַם עִם בְּנֵי הַנְּעוּרִים לְתוֹךְ אֵיזֶה יַעַר וְכַיּוֹצֵא, וְשָׁם יְדַבְּרוּ יִרְאַת שָׁמַיִם וְיִהְיֶה לָהֶם הִתְבּוֹדְדוּת וְכוּ', כִּי בְּשָֹדֶה וְיַעַר טוֹב מְאֹד לְהִתְבּוֹדְדוּת", עס איז גוט צו האבן אן אייגענע קאר, אזוי קען מען גיין התבודדות און זיך מחזק זיין.


אויף דיין צווייטע פראגע, ווי אזוי דו קענסט וויסן וואס יא און וואס נישט? זיי זיך מתבודד וועסטו וויסן וואס יא און וואס נישט; אז מען בעט דעם אייבערשטן מיט אן אמת, מען שמועסט זיך דורך מיט אן אמת, מען שמועסט אויס אלע פרטים - באקומט מען ענטפערס, און אז מען ווייסט נאכאלץ נישט - קען מען אלץ פרעגן אן ערליכער איד ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1219 - ווי אזוי בארואיגט מען די נערווען?
רפואה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, משניות, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך נעם מעדעצינען ווייל איך לייד אויפ'ן נפש, אפאר וואכן צוריק האב איך אנגעהויבן מאכן שטארק התבודדות אויף דעם, און און איך האב באקומען דערפון זייער א גוטע געפיל וואס איך האב שוין נישט געהאט פאר יארן לאנג, פיל מער פון אלע מיינע מעדעצינען.


די לעצטע צוויי וואכן בין איך געווארן אביסל שוואכער מיט די התבודדות, און איך בין געווארן צוריק מער דעפרעסט, נעכטן ביינאכט אויפ'ן וועג אהיים פון שול האב איך געמאכט התבודדות, און היינט אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען מיט א געוואלדיגע גוטע געפיל.


יישר כח ראש ישיבה אויף די שיעורים וואס געבן מיר אטעם און יישר כח אז דער ראש ישיבה ברענגט מיר צו עולם הזה און צו עולם הבא.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אלע נערוון קומט פון חסרון אמונה. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס ליידן מחלות בלויז ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן נעבעך. זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן אסאך מעשיות ווי בחורים און אינגעלייט זענען ארויסגעקראכן פון די אלע זאכן, עד כדי כך זיי זענען אראפ פון מעדעצין - דורכדעם וואס זיי האבן גענומען דעם רבינ'ס עצה זייער ערנסט, זיי האבן זיך געשטארקט אין די צוויי נקודות, איינס אין התבודדות ותפילה, זיי האבן אסאך גערעדט צום אייבערשטן; צווייטנס, זיי האבן גענומען ערנסט דעם סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), זיי האבן געלערנט יעדן טאג אסאך פרקים משניות און אסאך בלעטער גמרא - אפילו אן פארשטיין, זיי האבן געזאגט און געזאגט בלי הבנה כלל ביז זיי זענען אויסגעהיילט געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1218 - ווען מעג א פרוי גיין אויף קברי צדיקים?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קברי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער א פרוי אין ספעציעלע אומשטענדען, אויב זי מעג גיין צו א ציון פון א צדיק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען פירט זיך אז פרויען זאלן נישט גיין אין א בית החיים; אבער גיין צו א ציון פון א צדיק איז עפעס אנדערש.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, אות יט), איידער דער רבי איז געבוירן געווארן, דורכאויס די אלע חדשים פלעגט דער רבי'ס מאמע - פיגא די נביאה גיין צום ציון פון בעל שם טוב זכותו יגן עלינו; זי פלעגט דארט וויינען זייער אסאך, זי האט מתפלל געווען אז די קינד וואס זי ווארט זאל זיין א גרויסער צדיק, זי פלעגט זיין ביים ציון לאנגע שעות, זי האט דארט מיחד געווען יחודים און זי האט טאקע זוכה געווען צו האבן א קינד א צדיק, דער הייליגער רבי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1217 - זאל איך לאזן מיין ווייב ווייזן ווידיאס פאר די קינדער?
חינוך הילדים, מאוויס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, איך האב ברוך ה' א וואוילע ווייב מיט ליכטיגע קינדערלעך. דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך האב א פראבלעם אז ווען די קינדער קומען אהיים פון חדר און שולע האבן זיי נישט וואס צו טון. מיר האבן נישט קיין שכנים מיט וועמען די קינדער זאלן קענען שפילן, און דאס איז א פראבלעם.


ספעציעל מיין אינגל, ווען ער קומט אהיים פון חדר איז ער די ערשטע פאר מינוט גאנץ רואיג, אבער שפעטער ווערט ער זייער נערוועז און אויפגערעגט, ער שלאגט און קריגט זיך מיט די שוועסטערס, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


לעצטנס האט מיין ווייב אנגעהויבן ווייזן ווידיאס פאר די קינדער, זי טענה'ט אז אזוי ווערן זיי רואיג און מאכן נישט נערוועז די עלטערן און קריגן זיך ווייניגער, איך וויל דאס זייער נישט, און איך ווייס נישט ווי אזוי איר צו ערקלערן אז דאס איז נישט גוט, זי זאל זיי נישט ווייזן קיין זאכן אויפ'ן קאמפיוטער.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מדריך זיין ווי אזוי צו האנדלען דעם ענין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס נישט, נישט קיין ווידיאס; איך בעט דיר טו דאס נישט, מאך נישט דעם טעות, ווייז נישט די קינדער קיין ווידיאוס. עס איז נישט קיין חינוך, עס איז נישט גוט פאר זיי; קען זיין אויף די מינוט בארואיגט דאס, מען קען זיי מיט דעם שטיל מאכן, אבער עס איז נישט גוט פאר זיי.


קינדער מעגן זיין ווילד, געזונטע קינדער טאנצן און שפרינגען, קינדער דארפן זיך אויסגעבן; מוהרא"ש זאגט: "ווי מער מען לאזט קינדער זיך אויסגעבן יונגערהייט איז דאס געזונט פאר זיי"; אלע קינדער וואס קומען אהיים פון חדר דארפן זיך אויסלופטערן, נאכן זיצן א גאנצן טאג לערנען און דאווענען קומט אז זיי זאלן לויפן און קריכן, טאנצן און שפרינגען, זיי מעגן זיך אויסגעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1216 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין ווייב זאל אויפגעבן איר טריפה'נע טעלעפאן?
שלום בית, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאר בערך א יאר און א האלב יאר צוריק האב איך זיך אנגעטראפן מיט די נומער פון "קול ברסלב", און פון דעמאלט בין איך שולדיג א גרויסע הכרת הטוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר אזויפיל זאכן וואס האט זיך מיר געטוישט צום גוטן אין לעבן. למשל האב איך דאס יאר צום ערשטן מאל מעביר סדרה געווען יעדע וואך, איך לערן יעדן טאג א בלאט גמרא, אינדערפרי אויפ'ן וועג צום ארבעט הער איך אויס די גמרא שיעור, און אויפ'ן וועג אהיים ביינאכט הער איך אויס די חיזוק שיעור, און דאס העלפט מיר אזויפיל אין לעבן, ברוחניות ובגשמיות.


דער ראש ישיבה רעדט אסאך קעגן קוקן מאוויס, ברוך ה' אז איך קוק שוין נישט קיין מאוויס, אבער קליינע קליפס וואס מ'שיקט מיר אויף וואטסעפפ קוק איך נאך יא ליידער, איך האף אז איך וועל זיך אפגעוואוינען אויך פון דעם.


איך מיט מיין ווייב האבן ביידע סמארטפאונס, מיינס איז אבער אפן נאר וואטסעפפ און איין פלאץ פון נייעס, אבער ביי מיין ווייב'ס איז אלעס אפן. איך האב איך געקויפט א נייעם טעלעפאן וואס האט נאר וואטסעפפ אז זי זאל זיך קענען שרייבן מיט משפחה, און מיר זאלן נישט האבן א טריפה'נעם טעלעפאן אין שטוב, ווען איך האב אבער געוואלט אוועקנעמען די טריפה'נע טעלעפאן האט זי נישט מסכים געווען, זי זאגט זי דארף עס האבן, זי האט דארט רעצעפטן צו קאכן און באקן, און זאכן פאר איבונגען וכדומה.


איך האב נישט געוואלט גיין מיט כח קעגן איר, אבער איך וויל וויסן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין דעם ענין, ווי אזוי זע איך ארויס דעם טריפה'נעם טעלעפאן פון מיין הויז?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזוי ווי דו אליינס האסט אפגעלאזט די שלעכטע זאכן; דו שרייבסט אז זייט דו ביסט מקורב געווארן צום רבי'ן, דו הערסט די חיזוק פון רבי'ן - האסטו אנגעהויבן לערנען און דו קוקסט מער נישט קיין מאוויס, אזוי וועט זיך צוביסלעך טוישן ביי דיין ווייב; זי וועט אויך אפלאזן די זאכן, זי וועט אוועקלייגן די טעלעפאן.


גיי נישט בכח, רעד נישט פון דעם; ארבעט פון די אנדערע זייט, דו ברענג אריין דעם רבי'ן אין דיין שטוב. דער רבי וועט שוין מאכן די ארבעט, דער רבי וועט ארויסנעמען אלע שלעכטס פון דיר און פון דיין ווייב. דער רבי רייניגט פון אלע פלעקן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן - אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און טון אלעס וואס איך הייס וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


זע איין זאך, ברענג אריין דעם רבי'ן אין שטוב; רעד פון רבי'ן, דערצייל מעשיות פון רבי'ן, דער רבי זאל ווערן א חלק פון ענקער לעבן; וועסטו זען וואס וועט פאסירן, מען וועט נישט דערקענען נישט דיר און נישט דיין ווייב, עס וועט ווערן נייע מענטשן. א נייע שטוב; א שטוב פון יראת שמים, א שטוב פון שמחה, א לעבעדיגע שטוב, א ליכטיגע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1215 - ווי אזוי ראטעוועט מען זיך פונעם שלעכטן יצר הרע?
נסיונות, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פיר ברוך ה' א שיינע שטוב, פרייליך און געזונט, מיט פרומע ערליכע קינדער. איך לערן ברוך ה' זייער פלייסיג, איך הייס א שיינער תלמיד חכם, אבער אינדערהיים איז נישטא קיין געשמאק, און איך אנטלויף צו טון עקלדיגע זאכן אפילו אן טמא'נע כלים, ס'איז ממש אן מיין ווילן, אבער דער יצר הרע שטארקט זיך אויף מיר.


איך בעט דעם ראש ישיבה זאל מיר העלפן פאר ס'איז שוין צו שפעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי נאריש דו ביסט; פון אינדרויסן זעסטו אויס ווי א פארשטענדליכער מענטש, דו שטעלסט א פנים פון א תלמיד חכם און שטילערהייט גייסטו טון עבירות, דו ביסט א נואף, א זינדיגער מענטש בשעת דו האסט א ווייב; א וואוילע ווייב, אן אשת חיל, גייסטו אונטער איר רוקן טון עבירות?!


געוואלד און געשריגן! וואו איז דיין שכל? דו ביסט גרייט צו פארלירן דיין לעבן וועגן א תענוג פון א פערטל שעה? דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קח): "אַ מֶענְטְשׁ פוּן אֵיין תַּעֲנוּגְ'ל וֶועגְן פוּן אַ פֶערְטְל שָׁעָה, קָאן עֶר אָן וֶוערְן גָאר דֶעם עוֹלָם הַזֶּה מִיט דֶעם עוֹלָם הַבָּא".


עס גייט נישט אריין אין קאפ וואס איז די זאך פון גיין זינדיגן; איך זאג דיר דעם אמת, דו ביסט אין מיינע אויגן א גרויסער שוטה, ווייל עס איז נישט קיין שכל'דיגע זאך וואס דו טוסט, עס איז קעגן נארמאלקייט; א מענטש וואס האט א ווייב מיט קינדער, א געבענטשטע משפחה, וואס איז די שכל צו גיין אונטערן רוקן פון די ווייב - פון אמת'ע ליבשאפט, אמת'ע פריינטשאפט, אמת'ע פרידן, אמת'ע נאנטקייט און גיין צאלן געלט פאר שדים און שידות זיי זאלן זיך מאכן ווי זיי זענען פאר דיר?! זיי זאלן דיר איינרעדן פאר א פערטל שעה אז זיי זענען דיינע פריינט? דיינע ליבהאבער? דיינע נאנטע? ביסט משוגע?! דו געבסט געלט פאר קליפות און רוחות רעות זיי זאלן דיר צונעמען דיין לעבן?


מיין נישט אז דו וועסט צו לאנג קענען טראגן דעם סוד, רעד זיך נישט איין אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן; "וְעֵין נֹאֵף", די זינדיגע מענטשן, "שָׁמְרָה נֶשֶׁף", ווארטן עס זאל ווערן טונקל, עס זאל ווערן נאכט, "לֵאמֹר", זיי זאגן, "לֹא תְשׁוּרֵנִי עָיִן", ביינאכט קענען מיר זינדיגן, קיינער זעט נישט (איוב כד, טו), אבער דער אייבערשטער מאכט גאר עפעס אנדערש, "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי", דער זינדיגער מענטש זאגט, קיינער ווייסט נישט ווער איך בין, וואו איך בין און וואס איך טו, "לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", ווייל ער גייט אין באהאלטענע פלעצער, ער מאכט זיכער אז קיינער זאל נישט וויסן וואס ער טוט, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם (במדבר רבה ט, א)", אבער דער אייבערשטער פארשעמט אים אין די גאנצע וועלט.


איך ציטער פאר דיר, איך ציטער וואס וועט זיין; באלד וועלן אלע זען ווער דו ביסט, מען וועט זיך דערוויסן אז דו ביסט א נואף, דיין ווייב וועט דיר אפלאזן, דיינע קינדער וועלן זיך שעמען מיט דיר, זיי וועלן נישט רעדן מיט דיר, דו וועסט אלעס פארלירן. זיי נישט נאריש, ווארט נישט עס זאל ווערן צו שפעט. מען הערט כסדר מעשיות פון זינדיגע מענטשן וואס ווערן פארשעמט; עס וועט נישט נעמען צו לאנג און מען וועט געוואויר ווערן ווער דו ביסט און וואס דו טוסט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה כו, ה): "עַל הַכֹּל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַאֲרִיךְ אַפּוֹ, חוּץ מִן הַזְּנוּת", אויף אלע עבירות וואס א מענטש טוט, ווארט דער אייבערשטער אז מען זאל תשובה טון, אבער ווען עס קומט צו ניאוף רחמנא לצלן, דארט איז דער אייבערשטער נישט מאריך אף, נאר דער אייבערשטער באשטראפט דעם מענטש מיט א ביטערן עונש.


אז דו וועסט תשובה טון - וועסטו געראטעוועט ווערן, אז נישט - וועסטו אלעס פארלירן, די וועלט און יענע וועלט.

#1214 - יישר כח פאר'ן מיר געבן צען מאל ששה סדרי משנה
לימוד התורה, משניות, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זוכה געווען היינט צו מאכן א סיום אויף ששה סדרי משנה, צום צענטן מאל אין לעבן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט די הייליגע תורה, דו לערנסט ששה סדרי משנה אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) וואס האט אונז געזאגט מיר זאלן לערנען אפילו אן פארשטיין, יעצט האסטו זוכה געווען צו ענדיגן די צענטע מאל משניות.


משניות ברענגט צו די העכסטע מדריגות; דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' - אלעס בזכות משניות; יעדעס מאל וואס דער הייליגער בית יוסף האט געלערנט משניות האט זיך דער מגיד צו אים באוויזן.


שטארק זיך, זיי ממשיך צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות; קוק נישט אויף דעם אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט. דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו זאגט (ליקוטי תורה טשערנאביל, הדרכה ו): "תֹּאמַר חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת", מען זאל זאגן אכצן פרקים משניות, "בְּלִי פֵּירוּשׁ", אן פארשטיין, "בְּכָל יוֹם", יעדן טאג, "כְּדֵי שֶׁתִּגְמוֹר בְּכָל הַחוֹדֶשׁ כָּל הַשִּׁשָּׁה סְדָרִים", אזוי וועט מען דאס ענדיגן יעדן חודש, "כֵּן תִּנְהַג כָּל יְמֵי חַיֶּיךָ", אזוי זאל מען זיך פירן א גאנץ לעבן.


ווער נישט צעפאלן פון לצים, קוק נישט אויף קיינעם; קוק נאר אויף זיך. עס וועט קומען א צייט וואס די פרקים משניות וועלן דיר צוניץ קומען, ווען מען גייט אוועק פון די וועלט דעמאלט נוצט גארנישט נאר די פרקים משניות - דאס וועט דיר היטן פון חיבוט הקבר און פון גיהנום.


דער הייליגער חיד"א זאגט (עיין מורה באצבע סימן ב, אות מב): "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם", אשר בן יעקב זיצט ביים טיר פון גיהנום, "וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מַנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם", ווער עס האט געלערנט משניות לאזט ער נישט אריין אין גיהנום; דער חיד"א טייטשט מיט דעם דער פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות 'מִשְׁנָה', אשר בן יעקב - זיין זאך איז משניות, "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", ווער עס לערנט משניות וועט ער אים געבן גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1213 - איינער בא'גנב'ט מיין טאטע, וואס זאל איך טון?
פרנסה, גניבה, בין אדם לחבירו, בית דין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל בעטן אן עצה איבער א גרויסע צרה. מיין טאטע האט א געשעפט, און איינער פון די ווייטע קרובים פון די משפחה האט באשלאסן זיך אריינצוזעצן דארט שלא ביושר, און ער נעמט פאר זיך ארויס די גאנצע געלט. מיין טאטע און מאמע עסן זיך אויף די געזונט, אבער זיי זענען צו ווייך יענעם ארויסצואווארפן. איך זע ווי זיי גייען ממש צוגרונד דערפון, און איך וויל זיי העלפן.


כ'האב שוין אפאר מאל געטראכט צו רופן פאליציי, איך בין אבער נישט זיכער אז איך טו וואס איז ריכטיג, אבער פון די אנדערע זייט קען איך נישט בלייבן שטיל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען א איד האט א סכסוך מיט א צווייטן איד גייט מען צום בית דין; גיי צום בית דין, בעט ביים בית דין זיי זאלן שיקן אן הזמנה לדין און וואס בית דין וועט פסק'ענען - אזוי זאלסטו טון.


אויב זיי וועלן נישט קומען צום דין תורה, וועט דיר בית דין געבן רשות צו רופן פאליציי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1212 - ווער איז דער אמת'ער צדיק אינעם היינטיגן דור?
צדיקים, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב צוויי שאלות וואס שטערן מיר זייער. ווער איז דער אמת'ער צדיק אינעם היינטיגן דור? און אויב ס'איז דא א ממשיך דרך פון מוהרא"ש זי"ע?


יישר כח פאר אלע חיזוק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז כדאי דו זאלסט אריינקוקן אין צוואת מוהרא"ש, וועט דיר פארענטפערט ווערן דיינע פראגעס.


מוהרא"ש זאגט (צוואת מוהרא"ש, אות טו) מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר דַארְפְט גוּט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דֶער עִיקָר אִיז צוּ הָאבְּן "אֱמוּנַת חֲכָמִים" צוּ גְלֵייבְּן אִין דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים. דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן ס"א) אַז וֶוען מֶען הָאט "אֱמוּנַת חֲכָמִים" דַאן וֵוייסְט מֶען וָואס מֶען דַארְף צוּ טוּן, מֶען וֵוייסְט וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן אִין "אֱמוּנַת חֲכָמִים" צוּ גְלֵייבְּן אַלֶעס וָואס דֶער רֶבִּי זָאגְט אוּנְז, אוּן מְקַיֵים זַיין אִין פָאלְגְן אַלֶעס וָואס עֶר הֵייסְט. דָאס אִיז דֶער שְׁלֵימוּת פוּן "אֱמוּנַת חֲכָמִים" (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן קכ"ג).


וֶוען אִיר וֶועט הָאבְּן אֱמֶת'דִיג "אֱמוּנַת חֲכָמִים", אִיר וֶועט גְלֵייבְּן אוּן רֶבִּי'ן אוּן פָאלְגְן זַיינֶע וֶוערְטֶער, דַאן וֶועט אִיר זִיךְ קֶענֶען אַן עֵצָה גֶעבְּן אִין יֶעדְן מַצָב, אִיר וֶועט שְׁטֶענְדִיג וִויסְן וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן אוֹיף דִי רִיכְטִיגֶע וֶועג.


גֶעדֶענְקְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי אִיז אוּנְזֶער רֶבִּי אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן פוּן פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס אֲפִילוּ זִיךְ אַלֵיין קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן, אוּן זִיכֶער קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן אַנְדֶערֶע. סְפֶּעצִיעֶל אִינֶעם לֶעצְטְן דוֹר, הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע אוּנְז מְגַלֶה גֶעוֶוען אַז עֶס וֶועט דַאן זַיין זֵייעֶר אַסַאךְ פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אַזוֹי סַאךְ וִוי דִי בְּלֶעטֶער פוּן בּוֹים, דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין שׁוּם שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אֲפִילוּ מִיט דִי פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס דְרֵייעֶן זִיךְ אוֹיךְ בַּיי אוּנְז צְוִוישְׁן אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ.


וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב' סִימָן ע"ב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק.


אִינֶעם הַיינְטִיגְן דוֹר אִיז דֶער רֶבִּי אַלֵיין דֶער אֱמֶת'עֶר צַדִיק. עֶר וֶועט עֶנְדִיגְן אַלֶע תִּקּוּנִים אוּן פַארֶעכְטְן דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ הַאלְטְן בַּיים רֶבִּי'ן, אִיר זָאלְט פָארְן יֶעדֶעס יָאר רֹאשׁ הַשָׁנָה קַיין אוּמַאן אוּן זִיךְ הַאלְטְן אִינְאֵיינֶעם מִיט אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ. אִיר זָאלְט זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַחְלוֹקֶת, אוּן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פָּאלִיטִיק. דֶער רֶבִּי אִיז דֶער אָרוֹן וָואס דָארְט לִיגְט דִי לוּחוֹת, אוּן בַּיי דִי אָרוֹן הָאט דֶער אָרוֹן אַלֵיין גֶעטְרָאגְן דִי מֶענְטְשְׁן וֶועלְכֶע הָאבְּן אִיר גֶעטְרָאגְן, קֵיינֶער דַארְף נִישְׁט הֶעלְפְן דֶעם רֶבִּי'ן, דֶער רֶבִּי טוּט אַלֶעס אַלֵיין.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר גֵיין צוּם רֶבִּי'נְס צִיוּן רֹאשׁ הַשָׁנָה צוּ מְקַיֵים זַיין וָואס דֶער רֶבִּי הָאט גֶעהֵייסְן אַז מֶען זָאל קוּמֶען צוּ אִים, אָבֶּער אִיר זָאלְט נִישְׁט פְּרוּבִּירְן צוּ זַיין דָארְט אַ פִירֶער, אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט מִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פַּארְטֵייעֶן, אִין קַיין שׁוּם גְרוּפֶּעס, נָאר אִיר זָאלְט זִיךְ הַאלְטְן מִיטְן רֶבִּי'נְס סְפָרִים, אַזוֹי וִוי דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן קצ"ב) אַז דִי פָּנִים, שֵׂכֶל אוּן נְשָׁמָה פוּנֶעם צַדִיק לִיגְט אִין זַיינֶע הֵיילִיגֶע סְפָרִים, מְמֵילָא וֶוען מֶען וִויל זַיין אֱמֶת'דִיג מְקוּרָב צוּם רֶבִּי'ן אִיז דָאס נָאר וֶוען מֶען לֶערְנְט זַיינֶע סְפָרִים, אוּן דַאן וֶועט אִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק מַצְלִיחַ זַיין, עד כאן.


  דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1211 - איך האב א גוטע ביזנעס, פארוואס וואקסן מיינע חובות כסדר?
חובות, פרנסה, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א ביזנעס און עס פארדינט שיין ברוך ה', אבער מיינע חובות האלטן אין איין וואקסן ווייל איך קען נישט געהעריג קאנטראלירן וויאזוי צו נוצן די געלט, וואס צו באצאלן פריער און וואס שפעטער. כ'האב שוין פרובירט אסאך מאל זיך מסדר צו זיין, אבער ס'העלפט נאר פאר א קליינע צייט און נאכדעם פאלט אלעס צוריק.


ווי אזוי געב איך זיך א עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארליר זיך נישט, יעדע ביזנעס האט שווערע טעג; מען טאר זיך נישט פארלירן, בלייב שטארק וועסטו מצליח זיין.


מען קען האבן הצלחה נאר אויב מען וויל מצליח זיין, אז מען האט א רצון קען מען זייער שיין מצליח זיין; אלעס ווענדט זיך אינעם ווילן פונעם מענטש, "רצון ברעכט אייזן"; וואס א מענטש וויל מיט א שטארקייט וועט ער באקומען - סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.


מיר זאגן דריי מאל א טאג ביים דאווענען (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ אֶת יָדֶךָ וּמַשְׂבִּיעַ לְכָל חַי רָצוֹן", דער אייבערשטער עפנט זיינע הענט און געבט פאר אלעמען א רצון; לכאורה, ווי קומט דא אריין רצון? מיר דארפן דאך עסן, עס וואלט ענדערש געדארפט שטיין: "פּוֹתֵחַ אֶת יָדֶךָ, וּמַשְׂבִּיעַ לְכָל חַי 'מָזוֹן'"... זאגט מוהרא"ש, דערפאר שטייט "רָצוֹן", ווייל אויב א מענטש האט א רצון וועט אים דער אייבערשטער העלפן מיט וואס ער דארף; ער וועט האבן 'מָזוֹן' און אלעס וואס ער וויל, ווייל אלעס ווענדט זיך אין די ווילן.


נעם דיר א בוכהאלטער, ער זאל מסדר זיין די געלט, וואו עס זאל גיין; א בוכהאלטער איז זייער א וויכטיגע זאך אין א ביזנעס, דער בוכהאלטער זעט וויפיל געלט עס קומט אריין, וואס די הוצאות זענען און וואס זענען די הכנסות, וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט אזוי וויכטיג; אזוי וועסטו מצליח זיין.


 

#1210 - איז א פראבלעם צו געבן א קוש פאר א קינד?
חינוך הילדים, קינדער, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אסאך מאל ביי די שיעורים אז מ'זאל נישט שלאגן און נישט קושן די קינדער. וואס מיינט דאס? איז א פראבלעם צו געבן א קוש פאר א קינד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט איך זאג דאס, דער רבי זאגט דאס; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נט): "מְסֻגָּל יוֹתֵר לַבָּנִים לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם", עס איז בעסער פאר די קינדער נישט צו זיין מיט זיי, "לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם", נישט זיין צוגעקלעבט צו זיי צו שטארק, "לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם", זיך האלטן אין איין שפילן מיט זיי, "רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל", נאר מען לאזט די קינדער אויפוואקסן, מען לויפט זיי נישט נאך.


נאך האט דער רבי געזאגט: "א קינד קושט מען נישט און א קינד שלאגט מען נישט"; דאס מיינט נישט צו זאגן מען זאל נישט געבן א קוש פאר'ן קינד, מען מיינט צו זאגן מען זאל נישט זיין צוגעקלעבט צו די קינדער. ווייל ווי מער מען איז צוגעקלעבט צום קינד און מען צערטלט אים, מען קושט אים און מען האלדזט אים, נאכדעם ווען דער קינד איז לעבעדיג און שפרינגעדיג וכו' וכו', שלאגט מען אים.


קינדער דארפן וויסן אז טאטע מאמע זענען נישט זייער חבר, זיי דארפן קוקן אויף די עלטערן מיט כבוד און ערע, וואס געווענליך די עלטערן וואס שפילן זיך טאג און נאכט מיט די קינדער - זיי וואקסן אויף מחוצפים, זיי פאלגן נישט די עלטערן; זיי שפירן זיך צו שטארקע היימיש, א ווארט פון טאטע מאמע איז בכלל נישט קיין ווארט.


עלטערן טארן נישט מורא האבן צו זאגן פאר די קינדער וואס צו טון, מען ווערט נישט א גוטע טאטע, א גוטע מאמע - ווען מען לאזט די קינדער טון וואס זיי ווילן; אך און וויי פאר קינדער וואס די עלטערן זענען זיי נישט מחנך, וועלן זיי אלע ארויסגיין לתרבות רעה. גוטע עלטערן זענען מחנך די קינדער, זיי געבן אכטונג אויף די קינדער זיי זאלן זיך פירן ערליך און גוט.


מיט אלע עצות און אלע חכמות - דארף מען האבן תפילה; אן בעטן דעם אייבערשטן האט מען נישט קיין הצלחה. מען דארף אסאך דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


מוהרא"ש דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער חפץ חיים גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד, זאגנדיג: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1209 - וואס מיינט "אויב איינער דארף מיר נישט, דארף איך יענעם טויזנט מאל נישט"?
חברים, יענער, חנופה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט אפאר מאל ביי די שיעורים אז אויב איינער דארף מיר נישט, דארף איך יענעם טויזנט מאל נישט. איך האב נישט פארשטאנען פונקטליך וואס דאס מיינט, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען דאס מער מסביר זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט א כלל אין לעבן: "מִי שֶׁלֹא צָרִיךְ אוֹתִי, אֲנִי לֹא צָרִיךְ אוֹתוֹ אֶלֶף פְּעָמִים", ווער עס דארף מיר נישט דארף איך אים נישט טויזנט מאל.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט מיר זאלן נישט חנפה'נען קיינעם, מיר זאלן נישט נאכלויפן קיינעם; מיר זאלן זיך נישט איינרעדן אז אונזער ישועה ליגט ביי יענעם. קוק אריין די אמת'ע ווערטער וואס מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה פאר אונז (צוואת מוהרא"ש, אות ט):


"אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אִיר זָאלְט זִיךְ גוּט אַרַיינְנֶעמֶען אִין קָאפּ אַז אִיר הָאט נִישְׁט קֵיינֶעם אוֹיף דֶער וֶועלְט. קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט קֶען אַייךְ נִישְׁט הֶעלְפְן אוּן זִיכֶער קֶען קֵיינֶער אַייךְ נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר נִישְׁט מוֹרָא הָאבְּן פוּן קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט חַנְפְ'עֶנֶען צוּ קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, וַוייל דָאס וֶועט אַייךְ גָארְנִישְׁט הֶעלְפְן.


פַארְקֶערְט, דָאס וֶועט אַייךְ נָאר שָׁאטְן צוּם גֶעזוּנְט, וַוייל וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף מֶענְטְשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ זֶעט מֶען אַז יֶענֶער הָאט גָארְנִישְׁט גֶעקֶענְט הֶעלְפְן, יֶענֶער אִיז בִּכְלַל נִישְׁט אִינְטֶערֶעסִירְט דִיר צוּ הֶעלְפְן, דַאן וֶוערְט מֶען זֵייעֶר אַנְטוֹישְׁט, מֶען וֶוערְט זֵייעֶר צוּבְּרָאכְן אוּן צוּקְלַאפְּט פוּן דֶעם. אַ אִיד וָואס גְלֵייבְּט אָבֶּער אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר פַארְלָאזְט זִיךְ אִינְגַאנְצְן נָאר אוֹיפְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דַאן אִיז עֶר זֵייעֶר מַצְלִיחַ".


וואויל איז דעם וואס ווייסט מיט א קלארקייט אז נאר דער אייבערשטער קען אים העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1208 - וואו איז דער מקור אז פאר ביאת המשיח וועט זיין א מבול פון אפיקורסות?
מלכות הרשעה, אמונה, נסיונות, משיח, ערב רב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין איינע פון די תורות פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואו ער ברענגט אראפ פון ליקוטי מוהר"ן אז פאר ביאת המשיח וועט אראפקומען א מבול פון כפירה קיין ארץ ישראל.


איך האב פרובירט צו זוכן דער מקור צו דעם, איך האב אבער עס נישט געטראפן. ס'שטייט טאקע אין שיחות הר"ן (סימן ל"ה) אז פאר ביאת המשיח וועט זיין אפיקורסות אויף דער וועלט, ס'שטייט אבער נישט דארט אז ס'וועט זיין דוקא אין ארץ ישראל.


אפשר ווייסט דער ראש ישיבה שליט"א דער מקור צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו ברענגט אין ספר הקדוש ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) פון ספר שיחות הר"ן (סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין גרויסע אפיקורסים, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּחֲזִיק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה בְּאֵלּוּ הָעִתִּים", וואויל איז פאר די וואס וועלן זיין שטארק אין די אמונה אינעם אייבערשטן און דער רבי האט געזאגט: "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל כְּלָל מַה שֶּׁהוּא מְסַפֵּר זֹאת, שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם וְשֶׁצְּרִיכִין לְהִתְחַזֵּק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה, כִּי אַף עַל פִּי שֶׁהוּא אוֹמֵר זֹאת אַף עַל פִּי כֵן מִתְגַּבֶּרֶת הָאֱפִּיקוֹרְסוּת וְהַבִּלְבּוּלִים", איך ווייס עס וועט נישט העלפן אז איך זאג שוין דאס אלעס פאראויס, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן אֲנִי מוֹדִיעַ זֹאת מִקֹּדֶם", דאך זאג איך יעצט וואס גייט זיין, "בִּשְׁבִיל אוֹתָן מְעַט הַכְּשֵׁרִים שֶׁיְּחַזְּקוּ עַצְמָן בֶּאֱמוּנָתָן", פאר די געציילטע ערליכע אידן, זיי זאלן זיך שטארקן, "וּבְוַדַּאי יִהְיֶה לָהֶם מִלְחָמוֹת גְּדוֹלוֹת בְּדַעְתָּן", זיי וועלן זיך דארפן אסאך שלאגן מיט די ביטערע נסיונות, "לְמַעַן יִהְיֶה לָהֶם לְמֵשִׁיב נֶפֶשׁ וְהִתְחַזְּקוּת וְהִתְאַמְּצוּת יוֹתֵר כְּשֶׁיִּרְאוּ שֶׁכְּבָר דִּבְּרוּ מִזֶּה מִקֹּדֶם", דאס וועט זיין פאר זיי גרויסע חיזוק ווען זיי וועלן זען אז מען האט שוין פון פריער געוויסט וואס עס גייט זיין.


אויך ברענגט ער דעם שיחה (שם, סימן רכ) וואס דער רבי האט געזאגט: "שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל בָּעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין אין די וועלט אפיקורסות, "כִּי מִלְמַעְלָה יָבוֹא אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם", פון הימל וועט מען ברענגען אפיקורסות, "בִּשְׁבִיל נִּסָּיוֹן", כדי צו אויספרובירן ווער עס וועט זיין שטארק אין די אמונה, עס וועט זיין זייער שווער פאר די ערליכע אידן, דער רבי האט געקרעכצט און געזאגט: "אוֹי, אֵיךְ יוּכְלוּ לַעֲמֹד אֲנָשִׁים מוּעָטִים נֶגֶד כָּל הָעוֹלָם", ווי אזוי וועלן אזוי ווייניג מענטשן קענען שטיין קעגן די גאנצע וועלט...


דער רבי זכותו יגן עלינו פירט אויס אין ויואל משה: "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ שֶׁרָאָה מָה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא", דאס איז א רוח הקודש פון רבי'ן, ער האט שוין דעמאלט געזען וואס וועט זיין אינעם היינטיגן דור.


וואויל זענען די וואס האבן נישט קיין שום שייכות מיט די מינים ואפיקורסים, די ערב רב; מען האלט זיך שטארק אין אמונה, מען גלייבט אינעם אייבערשטן און מען גייט אין די וועג פון די תורה, און ווארטן צו ווערן אויסגעלייזט דורך משיח צדקינו במהרה בימינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1207 - ווי אזוי קען איך האבן א תורה'דיגע שטוב, אז מיין מאן לאזט אפ כולל?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, אידישע שטוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן וויל אינגאנצן אפלאזן די כולל און גיין ארבעטן, ער איז גאר אן ערליכער מיט גאלדענע מידות, מיט א שטארקע ליבשאפט צו די תורה, אבער ער קען נישט איינזיצן צו אסאך צייט, ער דארף עפעס טון צו די זאך.


עס טוט מיר מורא'דיג וויי, מיין חלום איז געווען צו האבן א תורה'דיגע הויז, א מאן וואס זיצט און לערנט, און יעצט פיל איך ווי מיין חלום דערווייטערט זיך מער און מער, אפילו ער האט פארגעשלאגן צו גיין ביינאכט אין א כולל ערב, מיין איך אז ס'וועט זיך נישט האלטן לאנג.


וואס איז יעצט מיין תפקיד? זאל איך שטיין שטארק מיט מיר, אדער איז עס פשוט נישט מיין עסק און זאל איך זאל אים לאזן טון וואס ער וויל? ווי אזוי קען איך אים יא געבן די הרגשה צו האבן א "חשקת התורה"?


ס'וועט מיר זייער העלפן צו באקומען א תשובה, צו וויסן אז איך ארבעט נישט לויט מיין אייגענע מיינונג, און אויב ס'קען זיין וואס פריער, ווייל ס'איז אן ענין פון טעג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר ווילט און איר חלומ'ט צו האבן א שטוב פון תורה - דאס איז געוואנדן נאר אין אייך; עס האט נישט מיט אייער מאן, מען קען זיין אין כולל און נישט האבן א תורה שטוב. און פארקערט, מען קען ארבעטן, ברענגען פרנסה - און האבן א תורה שטוב, עס האט נישט צו טון מיט'ן זיין אין כולל.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין", וואס קענען פרויען טון אז זייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן? "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא וְכוּ'", מיט דעם וואס זיי שיקן די קינדער אין תלמוד תורה און ווארטן זיי אפ ווען זיי קומען אהיים; זיי לייגן אריין אין די קינדער פון קליינערהייט א ליבשאפט צו לערנען, מיט דעם זענען זיי זוכה אז די קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


וויסן זאלט איר אז אלעס ווענדט זיך אין די מאמע; א פרוי וואס איר גאנצע לעבן איז תורה, זי רעדט צו אירע קינדער פון תורה, זי פריידט זיך ווען אירע קינדער לערנען, זי הייבט שטענדיג אירע קינדער מיט זייער תורה, זי שעצט תורה און זי וויל תורה - וועלן די קינדער זיין תלמידי חכמים.


אייער תפקיד איז 'זיין געטריי פאר אייער מאן, שעצן און הייבן אייער מאן ווי אזוי ער איז און ווי אזוי ער פירט זיך'; יא כולל נישט כולל, איר דארפט הייבן, שעצן און ארויפקוקן אייער מאן, דעמאלט וועט איר מצליח זיין מיט אייערע קינדער.


דער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן פא): "מַאגִינֶט סְגֻלָּה לְבָנִים", האלטן מיט זיך א מאגנעט איז מסוגל פאר קינדער; מען קען זאגן נאך א פשט, אז מאן און ווייב לעבן אינאיינעם מיט א שטארקע נאנטשאפט אזוי ווי א מאגנעט וואס ציט צו זיך - דאס איז מסוגל פאר קינדער; קינדער וואקסן אויף געזונט ווען די עלטערן האבן אין זיך מאגנעט, אויב מען זוכט חסרונות איינער ביים צווייטן, מען קריגט זיך און מען שעלט זיך - דעמאלט קען מען נישט מגדל זיין קיין קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן צג): "אִישׁ וְאִשְׁתּוֹ שֶׁהֵם מְקַלְּלִים אֶת עַצְמָם, אֵין מְגַדְּלִין אֶת בְּנֵיהֶם", מאן און ווייב וואס שעלטן זיך איינער דעם צווייטן - וועלן נישט אויפציען זייערע קינדער.


איר זאלט ווייטער מכבד זיין אייער מאן אפילו ער גייט ארבעטן וכו'; איר מעגט אים זאגן ווי שטארק איר האט ליב ווען ער לערנט, אז ער האט א שיעור אין תורה און אז ער האט שייכות מיט אן ערליכן איד וכו', אבער איר זאלט אים ווייטער שעצן אפילו ער גייט ארבעטן.


גוטע קינדער, ערליכע קינדער און תורה'דיגע קינדער איז נישט א זאך וואס מען באקומט גרינגערהייט, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, בפרט ווען מען צינדט די שבת ליכט דארף מען אסאך בעטן אויף דעם.


דא האט איר א תפילה וואס צו בעטן ביי די שבת ליכט:


"הייליגער באשעפער, איך בעט דיר זייער, געב מיר ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה, קינדער וואס וועלן גיין אין די וועגן פון די תורה.


מיין גאנצע שטרעבן איז אז מיינע קינדער און אייניקלעך זאלן גיין אין די וועג פון די תורה, זיי זאלן זיין דבוק צו דיר און צו די צדיקים; העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו דעם, העלף מיר איך זאל האבן נחת פון זיי; זיי זאלן אלע חתונה האבן יונגערהייט און זיי זאלן אלע האבן א שיין לעבן.


הייליגער באשעפער איך דארף גארנישט אין מיין לעבן - נאר ערליכע קינדער; איך געב אלעס אוועק אבי מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, תלמידי חכמים. איך בעט דיר טאטע זיסער, העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיין כבוד וועגן, בפרט רבינו נחמן בן פיגא און רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב זכותם יגן עלינו".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1206 - וואס טוט מען ווען דער מאן פארלאנגט צופיל זאכן?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן איז נישט קלוג, ער דרוקט און ער קוועטשט, און ער קען מיר נישט פארשטיין. ער קען אמאל דרוקן אויף א זאך ביז'ן סוף, ער דארף אז שבת זאל זיין אויפ'ן טיש דריי סארטן פיש, דריי סארטן פלייש, צען סארט סאלאטן, מיט פינף נאכשפייז, נישט אלץ קען איך עס באווייזן.


איך ארבעט נישט, פילט ער אזוי ווי איך האב נישט וואס צו טון, איך האב אבער קליינע קינדער. און ער קען ווערן אזוי ברוגז אויף מיר און נישט רעדן מיט מיר.


איך האף דער ראש ישיבה וועט מיר אביסל שטארקן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז דאס לעבן איז ווי א שפיגעלע, ווען מען שמייכלט - שמייכלען אלע און ווען מען איז ביטער - ווערן אלע ביטער, ווי אזוי מען פירט זיך, אזוי איז דאס לעבן. שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים", אזוי ווי עס שפיגלט זיך אפ אין וואסער א פנים אנטקעגן א פנים, "כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי איז די הארץ פון איין מענטש אנטקעגן דעם אנדערן מענטש; אויב איינעם'ס הארץ איז גוט צום צווייטן, איז אזוי אויך ביי יענעם אין הארץ, און פארקערט אויך, אויב אין הארץ איז דא א פיינטשאפט - איז ביי יענעם אויך דא א פיינטשאפט.


ווען עס איז דא ליבשאפט צווישן מאן און ווייב - שטערט נישט פאר די ווייב צו מאכן דריי סארט פיש, צען דיפס און פינף סארט פלייש, און ווען עס פעלט ליבשאפט קען מען אפילו נישט מאכן איין סארט פיש און איין סאלאט, אלעס ווענדט זיך אויב עס איז דא ליבשאפט.


ווארטס נישט אייער מאן זאל רעדן מיט אייך, נאר איר זאלט שטענדיג אנהייבן רעדן מיט אים; אזוי אויך זאלט איר נישט ווארטן אז אייער מאן זאל אייך איבערבעטן, אז מען שטייט און מען ווארט אויף כבוד וכו' - קען די גאנצע שטוב איינפאלן; אמת טאקע, דער מאן דארף מכבד זיין די ווייב, ער דארף אכטונג געבן, רעדן שיין און איבערבעטן וכו' וכו', אבער חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "נָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער חכמה ווי פאר'ן מאן; א פרוי האט זייער שטארקע כוחות צו פירן א שטוב, זי קען מער דערהייבן ווי א מאן, מיט איר בינה יתירה פארשטייט זי 'אפילו מיין מאן בלאזט, ער רעדט נישט - וועל איך רעדן שיין צו אים ביז ער וועט ווערן ווייך'.


איך בין זיכער אז אויב איר וועט רעדן שיין צו אייער מאן, איר וועט שמייכלען צו אים און איר וועט קוקן גוט אויף אים - וועט אלעס זיין גוט, ער וועט אנהייבן רעדן שיין צו אייך, ער וועט אייך נישט אונטערדרוקן און נישט קוועטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1205 - מעג איך שיקן מיינע קינדער צו מיין מאמע?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די בריוו, אז איך זאל שיקן מיינע קינדער צו מיין מאמע, ווי לאנג ס'איז נישט קיין סכנה פאר זיי דארט צו זיין.


וויל איך פרעגן וואס מיינט א סכנה? צווינגען א קינד צו עסן, רעדן צו א קינד קעגן די עלטערן און פארדרייען א קאפ ביז זי פירט אויס?


איך פרעג נישט נאכאמאל ווייל איך וויל דער ראש ישיבה זאל מיר ענטפערן וואס איך וויל הערן, איך פרעג נאר ווייל איך וויל טאקע וויסן וואס מיינט א סכנה? איך וויל טון וואס איז גוט פאר יעדן.


ליידער האט מען מיר נישט ריכטיג אויסגעלערנט די מצווה פון מכבד זיין טאטע מאמע.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ו' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די אלע זאכן וואס איר רעכנט אויס איז נישט קיין סכנה; עלטערן מעגן און דארפן אויסלערנען קינדער זיי זאלן עסן, עס פאסירט גארנישט אז מען צווינגט א קינד צו עסן.


שלמה המלך זאגט (משלי כב, טו): "אִוֶּלֶת קְשׁוּרָה בְלֶב נָעַר", א קינד איז פארקניפט מיט נארישקייטן, "שֵׁבֶט מוּסָר יַרְחִיקֶנָּה מִמֶּנּוּ", די מוסר וואס די עלטערן מוסר'ן די קינדער, דאס טוט אוועק נעמען די נארישקייטן; עס איז נישט געפערליך ווען עלטערן הייסן די קינדער זאלן עסן.


איר זאלט קיינמאל נישט רעדן צו די קינדער קעגן אייערע עלטערן און קעגן אייער מאן'ס עלטערן; די ערגסטע זאך פאר זייער חינוך איז ווען זיי זעען ווי די עלטערן רעדן און שפעטן פון די אייגענע עלטערן. מען קען זיי שיין מסביר זיין זיי זאלן רחמנות האבן אויף זיידע באבע וכו' וכו', אבער עס דארף זיין מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ.


נאך א וויכטיגע זאך; איר אליינס דארפט ארבעטן איר זאלט ליב האבן אייערע עלטערן. די קינדער ווייסן און שפירן אויב עס איז דא דרך ארץ, אויב מען איז מחשיב די עלטערן. דאס איז פון די וויכטיגסטע זאכן ביי חינוך, חס ושלום ווען קינדער שפירן ווי די עלטערן האלטן נישט חשוב זייערע עלטערן, דאן וועלן זיי אויך נישט מחשיב זיין זייערע עלטערן.


שיקט אייערע קינדער צו אייער מאמע, וועלן אייערע אייניקלעך קומען צו אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1204 - זאל איך גיין צו א חתונה, וואס דער שידוך איז געווען אנטראגן פאר מיר?
שידוכים, חתונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די פילע חיזוק, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן בכפל כפליים.


איך וויל פרעגן א שאלה, מיין חבר גייט חתונה האבן בשעה טובה ומוצלחת, דער שידוך איז געווען אמאל אנגעטראגן פאר מיר, מיר האבן זיך געהאט געטראפן, אבער נאכדעם איז דער שידוך נישט געווארן. יעצט ווייס איך נישט אויב איך זאל גיין צו די חתונה, איך קען נישט מחליט זיין וואס צו טון.


וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה אויב איך זאל גיין אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו גיין צו א חתונה ווען עס האט זיך גערעדט פאר דעם א שידוך וכו'; מען דארף נישט ווערן צעבראכן פון דעם אז דער שידוך איז נישט געווארן, ווייל יעדע שידוך וואס מען טראגט אן, עס זעט שוין אויס ווי עס גייט ווערן א שידוך, למעשה ווערט נישט דער שידוך, זאגט דער רבי - אז דאס איז אויך א שידוך; יעדע שידוך וואס מען טראגט אן, אפילו עס ווערט נישט - איז דאס אויך א שידוך (ספר המידות, אות חתון, סימן ז).


ווען דעם רבינ'ס ווייב איז נפטר געווארן, דער רבי איז דעמאלט געווען אין שטאט ראדוויל און דער רבי האט געוואלט נאכאמאל חתונה האבן, זענען דעמאלט געקומען אסאך פרויען זיך משדך זיין מיט אים, האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה) אלע זענען זיינע שידוכים, ווייל יעדער מענטש האט כמה וכמה זיווגים, ביי יעדן איינעם גייט עס אנדערש. אלע שידוכים וואס מען רעדט איז שוין אויך א בחינה פון שידוך, אפילו עס ווערט נישט אויסגעפירט.


דער רבי זאגט (שם): מענטשן שמועסן ביי זיך אין שטוב "דער בחור וואלט גוט געווען פאר די מיידל"; אפילו ווען דער שידוך זאל זיך נישט אנהייבן און נישט ענדיגן איז דאס אויך א בחינה פון א שידוך. "וְלִפְעָמִים נוֹסְעִים לַעֲשׂוֹת הַשִּׁדּוּךְ וּבְעֵת הַגְּמָר נִפְרָדִים מֵאֵיזֶה סִבָּה", עס איז דא אמאל אז מען פארט מאכן א שידוך און פאר'ן ענדיגן די שידוך ווערט אויס די גאנצע שידוך, "וְלִפְעָמִים נִגְמָר הַשִּׁדּוּךְ וְאַחַר כָּךְ מַפְסִיקִים הַקֶּשֶׁר שֶׁל תְּנָאִים", נאכדעם איז דא אז מען מאכט דער שידוך און עס ווערט אויס, "וְלִפְעָמִים בָּאִין לִידֵי נִשּׂוּאִין וְאַחַר כָּךְ בְּסָמוּךְ נַעֲשֶׂה גֵּט בֵּינֵיהֶם", נאכדעם איז דא אז מען האט חתונה און שפעטער גט מען זיך, "וְלִפְעָמִים אֵינוֹ נַעֲשֶׂה הַגֵּט עַד אַחַר אֵיזֶה זְמַן", אמאל האט מען חתונה און נאך א שטיק צייט גט מען זיך, "כֻּלָּם הֵם בְּחִינַת זִוּוּגִים שֶׁלּוֹ, כִּי כָּל אֶחָד יֵשׁ לוֹ כַּמָּה זִוּוּגִים", זעט מען פון דעם אז יעדע זאך וואס מען טוט פאר א בחור און פאר א מיידל כדי זיי זאלן טרעפן זייער שידוך - אפילו עס ווערט נישט - איז אויך א שידוך, און עס ווערט נענטער זייער ריכטיגער שידוך, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1203 - ווי אזוי ווערט מען פטור פון כסדר'דיגע שרעק?
חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, אמונה, פחדים, לחץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך מחי' מיט די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן ליין, צומאל קומט אויך אן צו מיר די בלעטער פון חיזוק, וואס איז מיר זייער מחזק, יישר כח.


איך האב א פראבלעם אז איך לעב אלעמאל אונטער א מורא'דיגע פרעשור און לחץ, איך פיל ווי עפעס שרעקליך קומט. כאטש וואס איך בין ברוך ה' נישט ממש פארנומען דערמיט א גאנצן טאג, אבער עס ליגט אונטער מיין באוואוסטזיין פאר ממש 24 שעה א טאג, אזוי ווי איך שפיר אז א חלק פון מיין מח איז פארנומען מיט די געדאנק אז עפעס שרעקליך קומט, עס ווערט עק וועלט, אפשר יעצט גייט געשען עפעס געפערליך, אפשר פאסירט עס שוין, איך בין אייביג אזוי ווי אויף הויך אלערט, עס נעמט מיר אוועק מיין מנוחה.


ווי אזוי ווער איך פטור דערפון? איך קען זיך געבן א וועק אויף אינדערפרי מיט שרעק, עס געשעט שוין, עס קומט שוין די שרעקליכע זאך, וואס איך ווייס אליינס נישט וואס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די בעסטע עצה פטור צו ווערן פון פחדים און לחצים איז זיך איבערגעבן צום אייבערשטן; גלייך אינדערפרי ווען מען שטייט אויף זאל מען זיך איבערגעבן צו אים.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי וְשֶׁל בָּנַי וְהַתְּלוּיִים בִּי עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר זיך אז יעדן אינדערפרי ווען איך שטיי אויף געב איך זיך איבער צום אייבערשטן, איך געב איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פאר'ן אייבערשטן, "גַּם אֲזַי אֵין צָרִיךְ לִדְאֹג וְלַחְשֹׁב כְּלָל 'אִם מִתְנַהֵג כָּרָאוּי אִם לָאו', מֵאַחַר שֶׁסּוֹמֵךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ. וְאִם הוּא יִתְבָּרַךְ רוֹצֶה בְּעִנְיָן אַחֵר - הוּא מְרֻצֶּה לְהִתְנַהֵג בְּעִנְיָן אַחֵר כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", עס איז זייער גוט זיך איבערגעבן צום אייבערשטן גלייך אינדערפרי, 'אזוי דארף איך נישט טראכטן נאכדעם צי איך האב גוט געטון און אפשר וואלט איך געדארפט טון פארקערט, ווייל אז איך האב זיך איבער געגעבן צום אייבערשטן איז אלעס זיכער גוט'.


אלע שרעק, דרוק און דמיונות וכו' וכו' גייען אוועק ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן. פארוואס זאלט איר לעבן אין שרעק? פארוואס זאלט איר נישט הנאה האבן פונעם לעבן? פארוואס זיך פייניגן אומזיסט? נעמט דעם הייליגן רבינ'ס עצה וועט איר לעבן א זיסע רואיגע לעבן, מיט'ן רבינ'ס עצות איז דער לעבן אסאך גרינגער; פרובירט עס אויס, הייבט אן דעם טאג מיט תפילה, בעטס דעם אייבערשטן אינדערפרי אז דער טאג זאל זיין מיט הצלחה, אז מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן - איז אלעס גרינגער.


גלייך אינדערפרי ווען איר זאגט "מודה אני", לייגט צו א קליינע תפילה אויף אייער אייגענע שפראך, זאגט: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ גֶעבּ דִיר אִיבֶּער מַיין גַאנְצֶע טָאג אוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ דַארְף עֶרְלֶעדִיגְן; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע טָאג, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין שְׁרֶעק, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג גֶעדֶענְקֶען אַז דוּ בִּיסְט מִיט מִיר אוּן עֶס קֶען גָארְנִישְׁט פַּאסִירְן צוּ מִיר; אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן אַ רוּאִיגֶע טָאג, מַיינֶע מַחֲשָׁבוֹת זָאלְן מִיךְ נִישְׁט פַּיינִיגְן".


אזוי זאלט איר בעטן וועט איר זען ווי עס וועט אוועק גיין אלע פחדים.

#1202 - ווי אזוי האלט איך זיך שטארק צו היטן אלע הלכות?
התחזקות, שלום בית, הלכה, טהרת המשפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען ס'קומט צו די הלכות אין שטוב, די הרחקות וכו', איז דאס זייער שווער פאר מיין ווייב. זי וויינט צו מיר אז איך פארשטיי איר נישט גענוג אז ס'איז איר זייער שווער די גאנצע זאך, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


מיר קומען ביידע פון אביסל צעבראכענע שטיבער, ווי אזוי קען איך איר מחזק זיין אויף דעם, און פארשטייט זיך אויך מיר מחזק זיין זיך צו האלטן שטארק מיט אלע הלכות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מאן און ווייב האבן חתונה קען דאס נאר האבן א קיום אויב מען נעמט אריין דעם אייבערשטן צווישן זיך; אויב פירט מען זיך מיט די תורה, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן - דעמאלט איז דא שלום צווישן מאן און ווייב, עס איז דא ליבשאפט און עס בויט זיך א שיינע שטוב, אבער ווי נאר מען נעמט ארויס דעם אייבערשטן - צעפאלט די גאנצע שטוב, עס ווערט חרוב.


דאס קען יעדער איינער זען; די אלע וואס היטן נישט די הלכות ווערט חרוב זייער שטוב. עס גייט אריבער א שטיק צייט און אלעס צעפאלט, ווייל נאר די וואס גייען מיט די תורה - די לעבן מיט שלום און ליבשאפט.


געב אכטונג אויף דיין לעבן און אויף דיין ווייב'ס לעבן; מען קען נישט ארומשפילן מיט די הלכות, אויב מען היט נישט די הלכות קען מען באקומען א ביטערער עונש. די הייליגע חכמים זאגן אונז (שבת יג.): אליהו הנביא האט דערציילט, "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטארבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן און זי האט אנגעהויבן ארום לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): 'כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ', ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא, פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", קיינער האט איר נישט געהאט וואס צו ענטפערן, ביז איינמאל בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה? איר האט אכטונג געגעבן אויף הרחקות?" האט זי געענטפערט: "הרחקות האבן מיר נישט געהאלטן"; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'עט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".


איך האף דו וועסט תשובה טון און דו וועסט פון היינט היטן די הלכות, דו וועסט אכטונג געבן אויף דיין לעבן.

#1201 - וואס טו איך אז מיין ווייב איז זייער ברוגז אז איך דריי זיך אין ברסלב?
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך אפגעבן א ריזיגן דאנק פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף די גרויסע מתנה וואס דער ראש ישיבה האט מיר געגעבן - "לעבן"! איך האב פשוט אנגעהויבן לעבן פון ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים און ליינען די בריוו, מיין שלום בית האט זיך אינגאנצן איבערגעדרייט צום גוטן, איך האב פשוט באקומען א נייע וועג ווי אזוי צו פירן די שטוב, ווי אזוי מכבד צו זיין די ווייב, און אזוי ווייטער.


אויך האב איך אנגעהויבן לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, ווען איך האב איבריג צייט לערן איך נאך און נאך, איך לערן יעדן טאג בבלי ירושלמי תוספתא, דעם רבינ'ס ספרים, שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, משנה ברורה, און משניות וויפיל איך קום אן, איך האב ברוך ה' געענדיגט צום ערשטן מאל אין לעבן גאנצן ששה סדרי משנה.


יעצט צו מיין שאלה, מיין ווייב איז זייער ברוגז אז איך דריי זיך אין היכל הקודש. זי האלט ממש נישט אויס דער נאמען "ברסלב", איך ווייס נישט אויב ס'קומט פון חבר'טעס, פון משפחה, אדער סתם א שרעק פון דעם, אבער למעשה ווייס איך ממש נישט וואס צו טון, זאל איך באהאלטן די גאנצע זאך אז איך דריי זיך אין היכל הקודש, אדער זאל איך זיין אפן און זאגן אז איך שפיר דארט א חיות, דאס געבט מיר לעבן? וואס זאל איך אבער טון אז איך וויל זייער שטארק איר נישט מצער זיין.


דערווייל האב איך אויפגעהערט צו גיין דאווענען אין היכל הקודש, ביז דער ענין ווערט מסודר אדער דער ראש ישיבה שליט"א זאגט מיר וואס צו טון, ס'טוט מיר אבער זייער וויי, ווייל איך באקום ממש חיות דארט, און אויך האב איך נישט קיין צווייטע וועג צו באקומען די גליונות און עצתו אמונה.


נאך א נקודה, זייט איך האב אנגעהויבן לעבן מיט די שיעורים, איז די קריגערייען ביי אונז אינדערהיים אראפ צו זערא, נישטא מער קיין ויכוחים, קיין בלאזערייען, אלעס איז גוט און אלעס איז פרייליך. אויסער ווען ס'קומט צו דעם ענין, ווען מיין ווייב הויבט מיר אן צו טשעפען אין דעם ענין פון ברסלב, נעמט דאס מיר ממש ארויס פון די כלים, איך פארליר מיין אטעם, איך ווער ווי געפרוירן, ווי א רעדל וואס האט פארלוירן די לופט, און ס'קען מיר נעמען עטליכע טעג צוריק צו קומען צו מיין געווענליכע שטייגער. וואס איז די וועג ארויסצוגיין שנעל פון אזא מצב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא קיין סיבה וואס עס זאל שטערן די פרוי אז איר מאן איז ברסלב; ברסלב נעמט גארנישט אוועק פון די ווייב'ס לעבן, ברסלב געבט נאר צו, עס מאכט נאר בעסער די שלום בית. איין זאך וואס קען שטערן די ווייב אז איר מאן איז ברסלב, דאס איז: 'מה יאמרו הבריות? וואס וועלן מענטשן זאגן?' מן הסתם שטערט דיין ווייב וואס אנדערע וועלן זאגן, וואס אירע חבר'טעס וועלן טראכטן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, זאלסט נישט ווערן צעבראכן אז דיין ווייב וויל נישט ברסלב; זי וויינט, זי פארפירט און זי דערביטערט דיר וכו' וכו', אויב דו וועסט האבן סבלנות און דו וועסט זיך פירן ערליך, דו וועסט ווייטער לערנען און דאווענען, דו וועסט איר ווייטער מכבד זיין און אירע עלטערן - וועט נישט נעמען לאנג און זי וועט אנערקענען אז חבר'טעס איז נישט דער לעבן, זי וועט מודה זיין אז זי איז נישט גערעכט געווען, זי וועט דיר מחזק זיין און וועט דיר זיין אן עזר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן; דאס גייט אריבער אויף יעדן ברסלב'ער חסיד. מען ליידט בזיונות, מען איז פארשעמט און מען מאכט חוזק, אפילו די אייגענע ווייב לאכט און שפעט. אז מען שטארקט זיך און מען דינט ווייטער דעם אייבערשטן, מען קוקט נישט אויף די אלע זאכן - איז מען זוכה צו גרויסע זאכן.


ווי מער מען ווערט געשטערט אין אנהייב, אלץ מער קדושה וטהרה איז מען זוכה צו באקומען. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער וואס האט מער שוועריקייטן ווען ער ווערט מקורב צום צדיק, "כְּגוֹן מֵאָבִיו", זיין טאטע קריגט אויף אים, "וְאִשְׁתּוֹ", אדער זיין אייגענע ווייב שפעט פון אים, "וְחוֹתְנוֹ", די שווער שטערט אים, "אוֹ מִשְּׁאָר בְּנֵי אָדָם שֶׁמּוֹנְעִים וּמְעַכְּבִים אוֹתוֹ מְאֹד", אדער שוועריקייטן פון אנדערע מענטשן וואס שטערן אים און לאזן אים נישט דינען דעם אייבערשטן, "וּמְנִיעוֹת מֵחֲמַת מָמוֹן", אדער דער וואס האט שוועריקייטן ווייל ער האט נישט קיין געלט, "וּשְׁאָרֵי מְנִיעוֹת וְעִכּוּבִים וּבִלְבּוּלִים שֶׁמִּשְׁתַּטְּחִים לְפָנָיו וּמוֹנְעִים אוֹתוֹ מְאֹד", אדער אנדערע שוועריקייטן וואס קומט אונטער שטענדיג, "וְהוּא צָרִיךְ לְהִתְיַגֵּעַ וְלִטְרֹחַ מְאֹד לְשַׁבְּרָם", ער מוטשעט זיך זייער צו קענען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, זיין ביים צדיק; עס איז אים זייער שווער ביז ער צעברעכט די אלע מניעות, "כָּל אֵלּוּ הַיְגִיעוֹת וְהַטְּרָחוֹת שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת הֵם טוֹבָה גְּדוֹלָה לְהָאָדָם", דאס אלעס איז א גרויסע טובה פאר'ן מענטש, "כִּי עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", ווייל דורך די שוועריקייטן איז מען זוכה צו מקבל זיין קדושה וטהרה, "כִּי עַל יְדֵי הַיְגִיעוֹת שֶׁבַּתְּחִלָּה נַעֲשֶׂה הַכְּלִי", ווייל פון די שוועריקייטן ווערן כלים צו קענען מקבל זיין פון צדיק אסאך קדושה און אסאך טהרה, "וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' - יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווי מער מניעות, ווי מער מחלוקות און ווי מער שוועריקייטן עס איז געווען און מען האט זיך דערהאלטן - האט מען געמאכט גרעסערע כלים צו קענען מקבל זיין הייליגקייט און ריינקייט.


שטארק זיך און ווער נישט צעפאלן, עס וועט נישט נעמען לאנג וואס דיין ווייב וועט זען ווי שיין דו פירסט זיך, וועט זי זיך מאכן א פשוט'ע חשבון: 'וועם זאל איך אויפגעבן, מיין טייערער מאן וואס איז אזוי וואויל, אזוי ערליך? אדער זאל איך אוועקלייגן חבר'טעס וכו'?' זי וועט זיכער אפמאכן 'וואס האב איך מיט מענטשן?' און זי וועט דיר אויפהערן דערקוטשען.


איך האב א בריוו פאר דיר וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר א אינגערמאן וואס איז אריבער ענליכס צו וואס דו גייסט אריבער, זיין ווייב האט אים זייער געטשעפעט יעדעס יאר ווען ער פלעגט פארן קיין אומאן. מוהרא"ש שרייבט אים ער זאל חס ושלום נישט קריגן, ער זאל איר מכבד זיין, דאן וועט זיך אלעס איבערדרייען.


דא האסטו דעם בריוו:


"בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ יוֹם שְׁלִישִׁי לְסֵדֶר נֹחַ כ"ז תִּשְׁרֵי ה'תשע"א


שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל ... נֵרוֹ יָאִיר


אִיךְ הָאבּ דֶערְהַאלְטְן דַיין לַאנְגֶע בְּרִיוו, אוּן מַחֲמַת מֵיין גְרוֹיסֶע טִירְדוֹת קֶען אִיךְ דִיר נִישְׁט עֶנְטְפֶערְן בְּאַרִיכוֹת.


עֶס אִיז בַּאוואוּסְט אַז בַּיים הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן אִיז גֶעוֶוען אַ יְסוֹד מוּסָד שָׁלוֹם בַּיִת, אוּן עֶר הָאט גֶעזָאגְט (שִׂיחוֹת הָרַ"ן סִימָן רס"ג) אַז דֶער סַמֶ"ךְ מֶ"ם טוּט אַלֶע פְּעוּלוֹת שֶׁבָּעוֹלָם צוּ צֶעבְּרֶעכְן דָאס שָׁלוֹם בַּיִת בַּיי אַ יוּנְגֶע פָּארְפָאלְק. אִיבֶּערְדֶעם דַארְף מֶען זֶען זֵייעֶר אַכְטוּנְג צוּ גֶעבְּן אוֹיף שָׁלוֹם בַּיִת. דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט גֶעהַאלְטְן אַז וֶוער עֶס הָאט נִישְׁט קַיין שָׁלוֹם בַּיִת דֶער אִיז פוּל מִיט הִרְהוּרִים רָעִים, וְכוּ', דָאס הֵייסְט מִיט שְׁלֶעכְטֶע גֶעדַאנְקֶען. אוּן אֵיינְמָאל אִיז עֶר אַרַיינְגֶעקוּמֶען פְרַייטָאג צוּ נַאכְטְס צוּם טִישׁ, אוּן עֶס הָאט זִיךְ פַארְקְלִיבְּן אַ גְרוֹיסֶע עוֹלָם, אוּן צְוִוישְׁן זֵיי אִיז גֶעוֶוען אֵיינֶער וָואס הָאט שׁוֹין לַאנְגֶע חֲדָשִׁים נִישְׁט גֶעהַאט שָׁלוֹם בַּיִת מִיט זַיין וַוייבּ, אוּן קֵיינֶער הָאט נִישְׁט גֶעוואוּסְט דֶערְפוּן, אוּן וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט זִיךְ אַרָאפְּגֶעזֶעצְט אוֹיף זַיין שְׁטוּל אוֹיבְן אָן, אוּן עֶר אִיז גֶעזֶעצְן מִיט אַ גְרוֹיס דְבֵיקוּת, פְּלוּצְלִינְג רוּפְט עֶר זִיךְ אָן מִיט אַ קוֹל, "וֶוער הָאט דָאס אַ חוּצְפָּה צוּ זִיצְן בַּיי מֵיין טִישׁ מִיט שְׁלֶעכְטֶע גֶעדַאנְקֶען? אִיךְ מֵיין נִישְׁט טִירַאוִויצֶער אָדֶער טְשֶׁערִינֶער וְכוּ' וְכוּ'", אוּן עֶר הָאט אוֹיסְגֶערֶעכְנְט אַלֶע שְׁטֶעט וָואס פוּן דָארְטְן הָאבְּן זִיךְ פַארְקְלִיבְּן אוֹיף שַׁבָּת מֶענְטְשְׁן, נָאר פוּן דֶעם שְׁטָאט פוּן דֶער וָואס הָאט נִישְׁט גֶעהַאט שָׁלוֹם בַּיִת הָאט עֶר נִישְׁט דֶערְמַאנְט, אוּן דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט זִיךְ אוֹיפְגֶעהוֹיבְּן אוּן אִיבֶּערְגֶעלָאזְט דֶעם טִישׁ אוּן אִיז אַרַיין צוּרִיק אִין זַיין חֵדֶר הַמְיוּחָד, אוּן עֶר הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט פִירְן קַיין טִישׁ, וִוי דֶער אִיד הָאט דָאס דֶערְהֶערְט אִיז אַרַיין אִין זַיין הַארְץ אַ גְרוֹיסֶע חֲרָטָה, וַוייל עֶר הָאט פַארְשְׁטַאנֶען אַז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי מֵיינְט אִים, אוּן עֶר הָאט זִיךְ אוֹיפְגֶעהוֹיבְּן פוּן זַיין פְּלַאץ, אוּן אִיז גֶעגַאנֶען צוּ דִי טִיר פוּן דֶעם חֵדֶר הַמְיוּחָד פוּן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן, אוּן עֶר הָאט זֵייעֶר גֶעוֵויינְט אוּן גֶעשְׁרִיגְן, "רֶבִּי, אִיךְ זָאג אַייךְ צוּ אַז אִיךְ וֶועל מַאכְן שָׁלוֹם מִיט מַיין וַוייבּ!", אוּן עֶר הָאט בִּיטֶער גֶעוֵויינְט, אוּן דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אִים נִישְׁט גֶעעֶנְטְפֶערְט, אוּן נִישְׁט אוֹיפְגֶעמַאכְט דִי טִיר, אוּן הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט אַרוֹיסְקוּמֶען, אוּן עֶר הָאט זֵייעֶר בִּיטֶער גֶעוֵויינְט בִּיז דָאס הָאט זֵייעֶר מְעוֹרֵר גֶעוֶוען אַלֶע מֶענְטְשְׁן וָואס זֶענֶען דָארְטְן גֶעוֶוען, בִּיז דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּינְ'ס תַּלְמִיד רֶבִּי שִׁמְעוֹן זַ"ל אִיז צוּגֶעגַאנְגֶען אוּן הָאט אוֹיפְגֶעמַאכְט דֶעם טִיר פוּן דֶעם חֵדֶר הַמְיוּחָד, - וַוייל עֶר אִיז גֶעוֶוען זֵייעֶר נָאנְט בַּיים הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן - אוּן עֶר הָאט זֵייעֶר גֶעבֶּעטְן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן עֶר זָאל אַרַיינְקוּמֶען צוּם טִישׁ, וַוייל דֶער אִיד וֵויינְט זֵייעֶר אוּן עֶר זָאגְט צוּ אַז עֶר וֶועט שׁוֹין שָׁלוֹם מַאכְן מִיט זַיין וַוייבּ, דֶעמָאלְטְס אִיז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי אַרוֹיסְגֶעקוּמֶען אוּן הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ זִינְגֶען שָׁלוֹם עֲלֵיכֶם וְכוּ' אוּן הָאט גֶעמַאכְט קִידוּשׁ, וְכוּ', אוּן דֶער גַאנְצֶער עוֹלָם וָואס זֶענֶען דָארְטְן גֶעוֶוען הָאבְּן גֶעהַאט אַ גְרוֹיסְן הִירְהוּר תְּשׁוּבָה, וָואס הֵייסְט נִישְׁט הָאבְּן שָׁלוֹם בַּיִת.


אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר זֵייעֶר, זָאלְסְט שָׁלוֹם מַאכְן מִיט דַיין וַוייבּ, זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף קֵיינֶעם, וָוארוּם דֶער סַמֶ"ךְ מֶ"ם וִויל דִיךְ אוּמְגְלִיקְלִיךְ מַאכְן, אוּן דִי רְשָׁעִים וָואס זֵיי רֶעדְן אַיין דִי פְרוֹיעֶן אַז בְּרֶסְלֶבֶ'ער חֲסִידִים הָאבְּן נִישְׁט קַיין שָׁלוֹם בַּיִת, זֶענֶען פָּשׁוּטֶע רְשָׁעִים אוּן רֶעדְן לָשׁוֹן הָרָע, וַוייל אַן אֶמֶת'ער בְּרֶסְלֶבֶ'ער חָסִיד וָואס פָאלְגְט דֶעם רֶבִּי'ן, אִיז זֵייעֶר מְכַבֵּד דָאס וַוייבּ, וִוי דִי חַזַ"ל זָאגְן (יְבָמוֹת סב.) הָאוֹהֵב אֶת אִשְׁתּוֹ כְּגוּפוֹ וְהַמְכַבְּדָהּ יוֹתֵר מִגוּפוֹ עָלָיו הַכָּתוּב אוֹמֵר "וְיָדַעֲתָּ כִּי שָׁלוֹם אָהָלֵךְ"; אַ בְּרֶסְלֶבֶ'ער חָסִיד וָואס פָאלְגְט דֶעם רֶבִּי'ן אִיז זֵייעֶר מְכַבֵּד דָאס וַוייבּ, אוּן הֶעלְפְט אִיר אַרוֹיס מִיט אַלֶעם.


עֶס אִיז פַארְהַאנֶען שְׁלֶעכְטֶע פְרוֹיעֶן וָואס זֶענֶען מְקַנֵא דִי חַבֶרְטֶ'עס וָואס זֵיי הָאבְּן מֶענֶער בְּרֶסְלֶבֶ'ער חֲסִידִים אוּן זַיין לֶעבְּן צֶעזַאמֶען מִיט גְרוֹיס לִיבְּשַׁאפְט אוּן הֶעלְפְן אַרוֹיס אֵיינֶער דֶעם אַנְדֶערְן וְכוּ', אוּן זֵיי הָאבְּן עֶס נִישְׁט, אִיבֶּערְדֶעם רֶעדְן זֵיי אָן דִי פְרוֹיעֶן אַקֶעגְן בְּרֶסְלֶבֶ'ער חֲסִידִים, אוּן דָאס אִיז אַ פַאקְט וָואס מֶען קֶען זֶען, אַ יוּנְגֶערְמַאן וָואס הִיט אָפּ זַיין שָׁלוֹם בַּיִת אִיז אַן אֶמֶת'ער בְּרֶסְלֶבֶ'ער חָסִיד.


וָואס אִיז גֶעשֶׁען? אֵיינְמָאל אַ יָאר פָארְט עֶר אַוֶועק אוֹיף רֹאשׁ הַשָׁנָה אִין אוּמַאן! וֶועגְן דֶעם דַארְף מֶען מַאכְן אַזַא אִיבֶּערְקֶערֶענִישׁ? עֶס אִיז דָא חֲסִידִים וָואס זֵיי פָארְן עֶטְלִיכֶע מָאל אִין יָאר צוּ זֵייעֶרע רֶבִּי'ס אוּן לָאזְן אִיבֶּער זֵייעֶרע פְרוֹיעֶן, אוּן עֶס קֶערְט זִיךְ נִישְׁט אִיבֶּער דִי וֶועלְט. נָאר אַז אַ בְּרֶסְלֶבֶ'ער חָסִיד פָארְט אֵיינְמָאל אִין יָאר אִין אוּמַאן אוֹיף רֹאשׁ הַשָׁנָה, אִים קוּמְט בִּזְיוֹנוֹת אוּן שְׁפִיכוּת דָמִים מַחְלוֹקֶת קְרִיגֶערֵייעֶן וְכוּ' וְכוּ'? בִּשְׁעַת דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט בְּפֵירוּשׁ גֶעבֶּעטְן אַז יֶעדֶער אֵיינֶער וָואס עֶס גְלֵייבְּט אִין אִים אוּן לֶערְנְט זַיין תּוֹרוֹת, זָאל קוּמֶען צוּ אִים אוֹיף רֹאשׁ הַשָׁנָה, אוּן עֶר וֶועט אִים אַ טוֹבָה טוּן. אִיז דֶען גֶעוֶוען אַמָאל אַ צַדִיק וָואס הָאט בְּפֵירוּשׁ גֶעבֶּעטְן זַיינֶע תַּלְמִידִים אוּן חֲסִידִים אַז זֵיי זָאלְן קוּמֶען צוּ אִים אוֹיף רֹאשׁ הַשָׁנָה? אוּן דָא הָאט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי בְּפֵירוּשׁ גֶעבֶּעטְן בַּיי דִי תַּלְמִידִים אַז זֵיי זָאלְן קוּמֶען צוּ אִים אוֹיף רֹאשׁ הַשָׁנָה וֶועט עֶר זֵיי אַ טוֹבָה טוּן אוֹיף אַ גַאנְץ יָאר.


גֶעוַואלְד אוּן גֶעשְׁרִיגְן! דִי חַזַ"ל זָאגְן (בֵּיצָה ט"ז.) רֹאשׁ הַשָׁנָה שְׁרַייבְּט מֶען אָפּ פַארְן מֶענְטְשׁ זַיין בּוּדְזְשֶׁעט אוֹיף אַ גַאנְץ יָאר, וִויפִיל פַּרְנָסָה עֶר וֶועט הָאבְּן. וִוידֶער זָאגְן דִי חַזַ"ל (רֹאשׁ הַשָׁנָה טז:) רֹאשׁ הַשָׁנָה אִיז מֶען דַן דֶעם מֶענְטְשׁ אוֹיף אַ גַאנְץ יָאר וָואס מִיט אִים וֶועט פַּאסִירְן וְכוּ' וְכוּ', אוּן לֵיידֶער זֶעעֶן מִיר וָואסְפַארַא אוּמְגְלִיקְן פַּאסִירְט יֶעדְן טָאג לֹא עָלֵינוּ, וִויפִיל יוּנְגֶע מֶענְטְשְׁן וֶוערְן פַארְכַאפְּט אָפְּגֶעהִיטְן זָאל מֶען וֶוערְן, וִויפִיל קִינְדֶער גֵייעֶן אַוֶועק פוּן דֶער וֶועלְט? וִויפִיל עֶקְסִידֶענְטְן פַּאסִירְן? וִויפִיל פֵייעֶרְן וֶוערְן אוֹיסְגֶעבְּרָאכְן אוּן פַארְבְּרֶענֶען אַלֶעס? וִויפִיל מֶענְטְשְׁן וֶוערְן אָן דָאס גֶעלְט אִין אֵיין נַאכְט אוּן וֶוערְן אָרִים, וְכוּ', וְכוּ'? אוּן וִויפִיל צָרוֹת אִיז דָא, וְכוּ', וְכוּ'!? אוּן דָא שְׁטֵייט אַ רֶבִּי אוּן שְׁרַייט פַאר זַיינֶע חֲסִידִים אוּן תַּלְמִידִים אוּן פַאר יֶעדְן אִיד: "קוּם צוּ מִיר אוֹיף רֹאשׁ הַשָׁנָה וֶועט אַייךְ גוּט זַיין אוֹיף אַ גַאנְץ יָאר!", אִיז אַנְשְׁטָאט מֶען זָאל פְרֵייעֶן זִיךְ אַז דֶער מַאן פָארְט צוּ אַזַא הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן וָואס הָאט מַבְטִיחַ גֶעוֶוען אַזַא הֵיילִיגֶע הַבְטָחָה, אוּן בֶּעט זִיךְ אוֹיס אַ גוּט יָאר פַאר זִיךְ אוּן פַאר דִי וַוייבּ אוּן פַאר דִי קִינְדֶער וְכוּ', קוּמְט אִים אוֹיף דֶעם פַארְשְׁטֵיינֶערְן? קוּמְט אִים אוֹיף דֶעם מֶען זָאל אִים מְבַזֶה זַיין אוּן שֶׁעלְטְן אוּן פַארְשֶׁעמֶען וְכוּ'? קוּמְט וֶועגְן דֶעם צֶעבְּרֶעכְן אַ שְׁטוּבּ? דָאס וַוייבּ דַארְף דָאךְ טַאנְצְן פַאר שִׂמְחָה אַז אִיר מַאן אִיז גֶעפָארְן צוּ אַזַא הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן מְקַיֵים זַיין דֶעם רָצוֹן פוּן צַדִיק!


מֶען זֶעט וֶוען אַ מֶענְטְשׁ אִיז אִין אַ צָרָה גֶע'מִשְׁפָּט צוּ וֶוערְן פַאר אַ גְרוֹיסְן שׁוֹפֵט, דֶעמָאלְטְס נֶעמְט עֶר דֶעם גְרֶעסְטְן לוֹיעֶר, עֶר קוּקְט נִישְׁט אוֹיף גֶעלְט, וָוארוּם מֶען גֵייט אִים פַארְמִשְׁפָּטְן אוֹיף טוֹיט חַס וְשָׁלוֹם, דֶעמָאלְטְס פַארְקוֹיפְט דִי וַוייבּ אַלֶעס וָואס זִי הָאט, אַבִּי אַז אִיר גֶעטְרֵייעֶ מַאן זָאל הָאבְּן גֶעלְט פַאר אַ גְרוֹיסְן לוֹיעֶר וָואס זָאל אִים קֶענֶען פַארְטֵיידִיגְן. אָדֶער וֶוען אַ דָאקְטֶער הָאט עֶרְפִינְדְן דֶעם בִּיטֶערֶע מַחְלָה בַּיי אֵיינֶעם לֹא עָלֵינוּ, וָואס טוּט עֶר נִישְׁט צוּ גֵיין צוּם גְרֶעסְטְן פְּרָאפֶעסֶער אִין דֶער וֶועלְט עֶר זָאל אִים קֶענֶען הֵיילְן? עֶר קַארְגְט נִישְׁט קַיין גֶעלְט, דָאס גֶעטְרֵייעֶ וַוייבּ טְרַייבְּט אִים: "פָאר צוּם גְרֶעסְטְן פְּרָאפֶעסֶער, אוּן קוּק נִישְׁט אוֹיף גֶעלְט, אַבִּי דִי זָאלְסְט הָאבְּן אַ רְפוּאָה מַיין גֶעטְרֵייעֶ מַאן!" אוּן דָא אִיז רֹאשׁ הַשָׁנָה וָואס מֶען אִיז דַן יֶעדְן אֵיינְצִיגְן מַאן, וַוייבּ, קִינְדֶער; אוּן דֶער מַאן הָאט בַּאשְׁלָאסְן עֶר פָארְט צוּ אַזַא גְרוֹיסְן אוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן וָואס עֶר אִיז אַ גְרוֹיסֶער לוֹיעֶר, פַארְטֵיידִיגְט יֶעדְן אֵיינֶעם וָואס עֶר קוּמְט צוּ אִים עֶר זָאל הָאבְּן אֲרִיכוּת יָמִים, עֶר אִיז אַ גְרוֹיסֶער דָאקְטֶער וָואס עֶר הֵיילְט יֶעדְן אֵיינֶעם, אוּן עֶר פּוֹעֶלְ'ט בַּיים בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אַז דִי אַלֶע וָואס זֵיי זֶענֶען גֶעוֶוען בַּיי אִים אוֹיף רֹאשׁ הַשָׁנָה זָאלְן הָאבְּן אַ גוּט גֶעבֶּענְטְשְׁט יָאר, אוּן עֶס זָאל אִים גָארְנִישְׁט פֶעלְן אַ גַאנְץ יָאר, אִיבֶּערְדֶעם קוּמְט דֶעם מַאן אַזוֹי צוּ רוֹדְפְ'ן? - דָאס פְרֶעג אִיךְ יֶעדֶע פְרוֹי וָואס זִי רוֹדְפְ'ט דֶעם מַאן וָואס אִיז גֶעוֶוען אִין אוּמַאן אוֹיף רֹאשׁ הַשָׁנָה, צִי דַארְפְסְטוּ דֶען צוּהֶערְן דַיין חַבֶרְ'טֶע וָואס אִיז דִיר מְקַנֵא אַז דוּ הָאסְט אַזַא גֶעטְרֵייעֶ מַאן וָואס הֶעלְפְט דִיר אַרוֹיס אַ גַאנְץ יָאר, אוּן עֶטְץ הָאטְץ אַזַא לֶעכְטִיגְן שָׁלוֹם בַּיִת?


דִיר רָאט אִיךְ, נֶעם אַלֶעס אָן פַאר כַּפָּרַת עֲווֹנוֹת, נֶעם אָן דִי בִּזְיוֹנוֹת אוּן שְׁפִיכוּת דָמִים, זַיי וַוייטֶער מְכַבֶּד דַיין וַוייבּ אֲפִילוּ זִי שְׁפֶּעט אוּן לַאכְט פוּן דִיר וְכוּ', דוּ זָאלְסְט זִיךְ אוֹיפְפִירְן מִיט גְרוֹיס דֶרֶךְ אֶרֶץ אִין שְׁטוּבּ, אוּן וַוייטֶער הֶעלְפְן אַזוֹי וִוי גָארְנִישְׁט אִיז גֶעשֶׁען, וָוארוּם דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אִיז מוֹרָאדִיג מַקְפִּיד אַז עֶס זָאל זַיין שָׁלוֹם אִין שְׁטוּבּ, וִוי דִי חַזַ"ל זָאגְן (סוֹטָה ג.) אִישׁ וְאִשָׁה זָכוּ שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶם; אוּן וואוּ דִי שְׁכִינָה גֶעפוּנְט זִיךְ דָארְטְן זֶענֶען אַלֶע בְּרָכוֹת דָא.


אִיבֶּערְדֶעם זֶע פוּן דַיין זַייט זָאל זַיין נָאר שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט, אוּן הֶעלְף אַרוֹיס דַיין וַוייבּ, אוּן זַיי אִיר דַן לְכַּף זְכוּת, אוּן דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים זָאל אַרַיינְגֶעבְּן שֵׂכֶל אִין דַיין וַוייבּ אַז זִי זָאל אַיינְזֶען אַז דִי אַלֶע וָואס זֵיי טוּעֶן אִיר אָנְרֶעדְן אוֹיף דִיר דָאס קוּמְט נָאר פוּן קִנְאָה, וָוארוּם נִישְׁט יֶעדֶע פְרוֹי אִיז זוֹכֶה צוּ אַזַא גֶעטְרַייעֶ מַאן וִוי דוּ בִּיסְט. אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר זֵייעֶר, שְׁוַוייג אָפּ אוֹיף אַלֶע בִּזְיוֹנוֹת, אוּן דוּ וֶועסְט זֶען אַז דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים וֶועט דִיר נִישְׁט פַארְלָאזְן, אוּן עֶס וֶועט זִיךְ אַלֶעס אִיבֶּערְדְרֵייעֶן לְטוֹבָה.


גְלֵייבּ מִיר דַיין וַוייבּ אִיז נִישְׁט אַזַא שְׁלֶעכְטֶע וְכוּ', נָאר שְׁלֶעכְטֶע חַבֶרְטֶ'עס וָואס זֶענֶען אִיר מְקַנֵא רֶעדְן אִיר אָן אַקֶעגְן דִיר, וֶוען דַיין וַוייבּ וֶועט צוּם שֵׂכֶל קוּמֶען, וֶועט זִי דָאס אַיינְזֶען, אוּן דֶעמָאלְטְס וֶועט זִי שָׁלוֹם מַאכְן מִיט דִיר. אָבֶּער דוּ זֶע אִיר וַוייטֶער מְכַבֶּד צוּ זַיין, וֶועט דִיר גוּט זַיין אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶער וֶועלְט, וָוארוּם בַּיים בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אִיז זֵייעֶר חָשׁוּב אַז אַ אִידִישׁ שְׁטוּבּ פִירְט זִיךְ עַל פִּי הַתּוֹרָה, אוּן עֶס הֶערְשְׁט צְוִוישְׁן זֵיי, כָּבוׂד מִיט לִיבְּשַׁאפְט, שִׂמְחָה מִיט רוּאִיגְקֵייט וְכוּ', אִין אַזַא שְׁטוּבּ וַואקְסְן אוֹיף נָארְמַאלֶע קִינְדֶער.


וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס עֶר הָאט שֵׂכֶל אוּן עֶר רֶעגְט זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט אוֹיף, אוֹיף זַיין וַוייבּ, אוּן עֶר אִיז אִיר זֵייעֶר מְכַבֵּד, אוּן פִירְט זַיין שְׁטוּבּ אוֹיף דֶעם אוֹיסְגֶעטְרֶעטֶענֶעם תּוֹרָה וֶועג, וָואס מִיר הָאבְּן בַּאקוּמֶען פוּן אוּנְזֶערֶע עֶלְטֶערְן, אוּן עֶלְטֶערְנְ'ס עֶלְטֶערְן, מִדוֹר דוֹר, אוּן מֶען דֶערְוַוייטֶערְט זִיךְ פוּן אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע מָאדֶעס וָואס דִי בִּילִיגֶע גוֹיִים עֶרְפִינְדְן וְכוּ', דָאס פְּרִיצוּת'דִיגֶע אָנְטִיאַכְץ וְכוּ', אוּן דִי גֶעמֵיינֶע פַארְדָארְבֶּנְסְטֶע בִּיכֶער וָואס אִיז פוּל מִיט שְׁמוּץ אוּן מִיט כְּפִירָה, וְכוּ'. אַז וואוֹיל אִיז דִי שְׁטוּבּ וָואס פִירְט זִיךְ נָאר לוֹיט דִי תּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה, אוּן עֶר דֶערְוַוייטֶערְט זִיךְ פוּן אַלֶע מִינִים אוּן אַפִּיקוֹרְסִים, אוּן בַּאהֶעפְט זִיךְ נָאר צוּ עֶרְלִיכֶע אֵיידֶעלֶע אִידְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1200 - וואס זענען די מנהגים זיך צו פירן ביי א וואך נאכט און ברית?
מנהגים, ברית, וואך נאכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן מיר געבן לעיבן, ספעציעל פאר'ן סדר דרך הלימוד וואס א דאנק דעם האב איך א שייכות מיט די תורה. יישר כח פאר די בריוו אין "עצתו אמונה", וואס איך ליין עס יעדן שבת, עס טוישט מיר ברוחניות און בגשמיות.


איך האב געוואלט פרעגן, איז דא עפעס ספעציעל וואס מען דארף וויסן פאר א וואך נאכט און ברית? ווי למשל איך האב געהערט אז מען איז אויף א גאנצע נאכט, ביי מיינע פריערדיגע קינדער בין איך נישט אויף געווען, איך שפיר זיך זייער שלעכט, אז איך ווייס נישט וואס מען מוז טון און וואס ס'איז א מנהג, איך וויל טון וואס איז ריכטיג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קל.): "כָּל מִצְוָה שֶׁקִּבְּלוּ עֲלֵיהֶם בְּשִׂמְחָה", יעדע מצוה וואס די אידן האבן באקומען פונעם אייבערשטן און זענען זיי געווען פרייליך, "כְּגוֹן מִילָה", צום ביישפיל די מצוה פון מילה, "עֲדַיִן עוֹשִׂין אוֹתָהּ בְּשִׂמְחָה", יעדעס מאל מען איז מקיים די מצוה - טוט מען עס מיט א שמחה; מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, אפילו מענטשן וואס זענען זייער ווייט פון גיין אין די וועגן פון די תורה - זענען זייער נזהר אין די מצוה פון ברית מילה, אפילו די אידן וואס זענען געפאלן אין היטן שבת, אין לייגן תפילין און אין עסן כשר'ס - זענען אבער זייער מקפיד אין די מצוה פון מילה. ווען עס קומט צו די מצוה פון מילה זעט מען ווי שטארק אידישע קינדער זענען איינס מיט'ן אייבערשטן, מען טוט די מצוה מיט א שטארקע שמחה.


אז מען איז זוכה צו מקיים זיין די מצוה פון מילה דארף מען זיך זייער פרייען; דאס איז דער עיקר וואס מען דארף: זיין פרייליך, דאנקען דעם אייבערשטן אז מען קען טון די גרויסע מצוה.


די גאנצע וועלט שטייט אויף די מצוה פון ברית מילה, די הייליגע חכמים זאגן (נדרים לא:): "גְּדוֹלָה מִילָה", די מצוה פון מילה איז אזוי גרויס, "שֶׁהִיא שְׁקוּלָה כְּנֶגֶד כָּל הַמִצְוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה", עס איז מער פון אלע מצוות אין די תורה; נאך זאגן זיי (שם): "גְּדוֹלָה מִילָה", די מצוה פון מילה איז אזוי גרויס, "שֶׁאִלְמָלֵא הִיא", ווען נישט די מצוה פון מילה, "לֹא בָּרָא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת עוֹלָמוֹ", וואלט דער אייבערשטער נישט באשאפן די וועלט.


עס איז דא וואס פירן זיך אויף צו זיין א גאנצע נאכט, מען לערנט די מאמרים פון זוהר (פרשת לך לך, דף צא:) וואס רעדט זיך פון דאס גרויסקייט פון די מצוה פון ברית מילה; ווידעראום זענען דא וואס גייען יא שלאפן אז זיי זאלן זיין אויסגערוט צום ברית.


איך האב געפרעגט מוהרא"ש ביי איינע פון מיינע קינדער'ס וואכטנאכט אויב איך זאל בלייבן אויף, מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל זיך לייגן שלאפן צו זיין גוט אויסגערוט כדי צו קענען מקיים זיין די מצוה מיט ישוב הדעת. ווייל די מצוה פון מילה איז זייער גרויס, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא לך לך, כ): "חֲבִיבָה הַמִּילָה", די מצוה פון ברית מילה איז זייער באליבט ביים אייבערשטן, "שֶׁנִּשְׁבַּע הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְאַבְרָהָם", דער אייבערשטער האט געשוואוירן פאר אברהם אבינו, "שֶׁכָּל מִי שֶׁהוּא מָהוּל", אז יעדער איינער וואס איז גע'מל'עט, "אֵינוֹ יוֹרֵד לְגֵיהִנָּם", - וועט נישט אריינגיין אין גיהנום, נאר אין גן עדן; דערפאר, יעדער איינער וואס געפונט זיך ביים ברית איז אים דער אייבערשטער מוחל אלע זיינע עבירות. דער אייבערשטער פרייט זיך זייער מיט דעם מענטש וואס איז מקיים די מצוה פון מילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1199 - זאל איך שיקן מיינע קינדער צו מיין מאמע אויף סעודות?
כיבוד אב ואם, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאמע וויל זייער אז מיינע קינדער זאל קומען צו איר עסן א סעודה, זי פרעגט כסדר ווען זיי וועלן קומען, איך ווייס אבער נישט וואס צו זאגן, ווייל דארט איז נישט קיין געזונטע שטוב, זי איז א פרוי אליין, דעפרעסט און מיט אה.סי.די (OCD), די עסן איז ווייט פון פריש, און אזוי ווייטער.


איך מיין אז ס'איז נישט געזונט פאר די קינדער צו זיין דארט. ווי אזוי דריי איך זיך ארויס שיינערהייט? אדער אפשר האלט דער ראש ישיבה אז איך זאל זיי יא אהינשיקן טראץ די מצב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁלֹשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בְּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאָבִיו וְאִמּוֹ", דריי שותפים זענען דא ביי יעדן איינעם, דער אייבערשטער מיט טאטע און מאמע, "בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ", ווען א מענטש איז מכבד טאטע מאמע, "אֹמֵר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", זאגט דער אייבערשטער, "מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִבְּדוּנִי", איך רעכן עס כאילו מען איז מיר אליינס מכבד; אזוי שטארק חשוב איז די מצוה.


שיקט אייערע קינדער צו אייער מאמע, זייט מחי' אייער מאמע; זי איז עלנד, איינער אליין, לאזט איר האבן אביסל נחת. ווילאנג עס איז נישט קיין סכנה פאר זיי זאלט איר זיי שיקן, עס וועט נישט שאטן פאר די קינדער אז זיי וועלן עסן אלטע עסן, אז איר וועט מחי' זיין אייער מאמע וועט איר זיך איינקויפן עולם הבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1198 - פון וויפיל יאר איז דא צניעות ביי קליינע קינדער אינדערהיים?
צניעות, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר האלטן אין איין אויפפרישן פון דאסניי.


איך וויל פרעגן אויב דער ראש ישיבה קען מיר זאגן ווי אזוי קינדער זאלן זיך אויפפירן מיט צניעות אינדערהיים? מיין זון איז יעצט געווארן פיר יאר, און מיין טאכטער איז איין און א האלב יאר אלט, ביז ווען מעגן זיך די קינדער באדן צוזאמען, אדער שלאפן אין איין צימער, און אזוי ווייטער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קליינע קינדער ביז דריי יאר קען מען באדן אינאיינעם.


דיין זון איז שוין פיר יאר, קען ער זיך שוין נישט באדן מיט דיין טאכטער.


בנוגע שלאפן אין איין צימער; יעצט קענען זיי נאך שלאפן אין איין צימער, אבער ווען זיי וועלן נאך מער עלטער ווערן דעמאלט דארף מען אכטונג געבן אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.