שאלה אין קורצן ענין
#1478 - איך וויל שטארקן מיין אמונה, וואו קען איך זען מופתים?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, צדיקים, מוהרא"ש, ספיקות, חנוכה, קשיות, נסים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט קיין יונגער מענטש, איך האב א שטוב מיט קינדער, איך בין אבער אין א גרויסע פארלעגנהייט מיט שטארקע ספיקות אין אמונה.


איך האב געליינט רחמנא ליצלן ספרים פון חקירה, אזוי ווי מורה נבוכים און נאך, און דאס האט מיר געמאכט ספיקות אויב עס איז בכלל דא אזא זאך פון נסים למעלה מדרך הטבע, נסים וואס טוישן די טבע פון די וועלט.


איך האב זייער אסאך פרובירט זיך צו שטארקן מיט אמונה פשוטה, מיט התבודדות, מיט ברסלב'ע ספרים, עס האט מיר אבער נישט געהאלפן.


איך זוך פשוט צו זען עפעס א נס, א מופת, און דאס וועט מיר פארענטפערן אלע ספיקות אין אמונה. איך פארברענג אסאך צייט זיך צו דרייען ביי צדיקים וואס מ'זאגט אז זיי זענען פועלי ישועות, כדי צו זען אפשר, אדער כאטש צו הערן פון א באגלייבטער כלי ראשון וואס איז נישט קיין בעל דמיון, עפעס וואס איז א קלארער נס, וואס ווייזט קלאר אז דער אייבערשטער פירט די וועלט. צום ביישפיל א נס פון קפיצת הדרך וואס איז ממש למעלה מן הטבע און למעלה מן הזמן. למעשה האב איך עס אבער נישט געטראפן, און איך ווייס נישט וואס צו טון מיט זיך.


איך בעט דעם ראש ישיבה שליט"א מיט מיין גאנצע הארץ, אויב איר קענט מיר טרעפן א באגלויבטער מענטש, וואס זאל מיר דערציילן אן אפענער נס וואס ער האט געזען ביי א צדיק, דאס וועט מיר בארואיגן.


און זיכער אויב דער ראש ישיבה שליט"א אליין קען אזא סארט צדיק וואס איך קען ביי יענעם זען א נס, אדער ער זאל זען אויף מיר מיינע עבירות און מצוות, וואס דאס וועט מיר ארויסנעמען פון מיינע ספיקות וואס פארטונקלען מיר מיין לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו זוכסט א פלאץ וואו דו קענסט זען א נס? קוק זיך אליינס אן! אטעם אריין לופט און בלאז ארויס לופט - דאס איז די גרעסטע נס. די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה יד, ט): "עַל כָּל נְשִׁימָה וּנְשִׁימָה שֶׁאָדָם נוֹשֵׁם צָרִיךְ לְקַלֵּס לַבּוֹרֵא, מַה טַּעַם (תהלים קנ, ו) כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ, כָּל הַנְּשִׁימָה תְּהַלֵּל יָהּ", אויף יעדע אטעם דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן; אן דעם באשעפער קען מען נישט אריין אטעמען אפילו איין אטעם.


ווען די חשמונאים האבן מנצח געווען די יוונים, ווען זיי זענען אריין אין בית המקדש און געזען דעם גרויסן חורבן וואס די יוונים האבן געמאכט, מען האט נישט געקענט אנצינדן די הייליגע מנורה, אלע אויל זענען געווען טמא, פלוצלונג האבן זיי געטראפן א קריגל אויל, עס איז געווארן א נס אז עס האט געברענט אכט טעג, האבן די הייליגע חכמים מתקן געווען די הייליגע יום טוב חנוכה. פרעגט דער הייליגער בית יוסף (בית יוסף אורח חיים, סימן תר"ע) די באקאנטע קשיא, פארוואס מאכן מיר אכט טעג יום טוב חנוכה? פאר איין טאג איז דאך געווען גענוג אויל צו צינדן, דער נס איז געווען נאר זיבן טעג!


זאגט מוהרא"ש פון צדיקים, דאס אז אויל ברענט - איז דאך די גרעסטע נס! די הייליגע חשמונאים האבן געזען אז די טבע איז א נס, נישטא קיין טבע, מקרה און מזל, אלעס איז אייבערשטער! אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כה.), די טאכטער פונעם הייליגן רבי חנינא בן דוסא האט געוויינט צו איר טאטע, זי האט אנגעצינדן שבת לעכט, זי האט געמיינט אז עס איז אויל, למעשה איז דאס געווען עסיג און זי זאגט פאר איר טאטע: "עס גייט זיך יעצט פארלעשן און מיר וועלן זיצן שבת אין די פינסטער", האט דער הייליגער צדיק איר געזאגט: "וואס וויינסטו? דער אייבערשטער וואס זאגט אז אויל זאל ברענען קען מאכן אז עסיג זאל ברענען, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן", זיי האבן מתפלל געווען און עס איז געשען א נס, די עסיג האט געברענט! עס האט געברענט נאך לענגער ווי די אויל, עס האט געברענט ביז מוצאי שבת; אלע האבן געזען אז עס איז נישטא קיין טבע, די טבע אליינס איז אייבערשטער.


דו דארפסט תשובה טון פאר'ן לערנען די ספרים פון חקירה. דער רבי האט זייער מקפיד געווען נישט צו לערנען די ספרים, אפילו ספרים פון הייליגע ראשונים - האט דער רבי זייער מקפיד געווען נישט צו לערנען. דו דארפסט תשובה טון, איבערבעטן דעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תז): "יְּכוֹלִין לְהַכִּיר בְּהַפָּנִים שֶׁל הָאָדָם אִם לָמַד מוֹרֵה נְבוּכִים", מען קען דערקענען אויפ'ן פנים פונעם מענטש אויב ער האט געלערנט דעם ספר מורה נבוכים, "כִּי בְּוַדַּאי הוּא אוֹבֵד צֶלֶם אֱלֹקִים פָּנִים דִּקְדֻשָּׁה עַל יְדֵי זֶה", מען פארלירט די צלם אלקים, די הייליגקייט פונעם פנים, "וּכְמוֹ שֶׁרוֹאִין בְּחוּשׁ שֶׁרֻבָּם כְּכֻלָּם שֶׁעָסְקוּ בְּאֵלּוּ הַסְּפָרִים בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ, נַעֲשׂוּ אֶפִּיקוֹרְסִים גְּמוּרִים, וְהֵם חֲשׁוּדִים עַל כָּל עֲבֵרוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה. כִּי זֶה הַסֵּפֶר וְכֵן שְׁאָר סִפְרֵי הַמְחַקְּרִים עוֹקְרִים אֶת הָאָדָם לְגַמְרֵי מֵאֱמוּנַת יִשְׂרָאֵל, וּמִתּוֹרָתֵנוּ הַקְּדוֹשָׁה, וּמֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאַחֲרִיתוֹ עֲדֵי אוֹבֵד", די אלע וואס לערנען די ספרים פון חקירות ווערן ביים סוף אפיקורסים, די ספרים רייסן אויס די אמונה אינעם אייבערשטן און אין די הייליגע תורה, "גַּם אֲנִי דִּבַּרְתִּי עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים שֶׁהֵם כְּשֵׁרִים קְצָת, שֶׁלָּמְדוּ מִכְּבָר סִפְרֵי הַמְחַקְּרִים, וְכֻלָּם אָמְרוּ בְּפֶה מָלֵא שֶׁהֵם מִתְחָרְטִים מְאֹד עַל זֶה שֶׁלָּמְדוּ, וְהַלְוַאי שֶׁלּא הָיוּ יוֹדְעִים מֵהֶם. וְהֵעִידוּ בְּעַצְמָן שֶׁרָאוּי לְהִתְרַחֵק מֵהֶם מְאֹד מְאֹד בְּתַכְלִית הָרִחוּק", איך האב גערעדט מיט מענטשן - זאגט דער רבי, וואס זיי זענען ערליך, זיי האבן מיר געזאגט אז זיי האבן אלע חרטה פאר'ן אריינקוקן אין די ספרים, און הלואי וואלטן זיי נישט אריינגעקוקט אין די אלע ספרים. "אַשְׁרֵי מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מֵהֶם וּמְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה לְבַד, כְּפִי מַה שֶּׁקִּבַּלְנוּ מֵאֲבוֹתֵינוּ כְּמוֹ שֶׁכְּלַל יִשְׂרָאֵל מַאֲמִינִים בְּלִי שׁוּם חֲקִירוֹת שֶׁל שְׁטוּת וָהֶבֶל שֶׁלָּהֶם", וואויל איז דער וואס אנטלויפט פון די אלע זאכן, ער איז שטארק אין די אמונה וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן, אן קיין שום נארישע חקירות.


מוהרא"ש פלעגט זיך קיינמאל נישט טענה'ען אויף די אמונה, ווען מען איז געקומען צו אים פרעגן קשיות האט ער יענעם געמאכט צו נאר; ער האט יענעם געזאגט: "שטעל זיך אויף, זעץ זיך אראפ, הייב זיך נאכאמאל אויף און גיי אהער און גיי אהין", און מוהרא"ש פרעגט: "זאגט מיר, ווער וואקט אין דיר? ווער גייט אין דיר? ווער רירט זיך אין דיר? דאס אלעס איז נאר דער חלק אלוקי ממעל, א מענטש אן דעם אייבערשטן איז א שטיק פלייש וואס קען זיך נישט רירן, קען נישט קומען און קען נישט גיין"; ביז די אלע וואס זענען זיך געקומען טענה'ען מיט מוהרא"ש האבן תשובה געטון.


מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר אלע וואס פרעגן 'וואו איז דער אייבערשטער?' זיי ווילן זען דעם אייבערשטן: "וואס איז לופט? ווי אזוי זעט אויס לופט? זיי מיר מסביר וואס איז לופט, וואו קען מען עס זען?" מוהרא"ש פלעגט זאגן: "לופט קען מען נישט זען, לופט איז אייבערשטער; דער אייבערשטער געבט די חיות פאר'ן מענטש".


אז דו ביסט אזוי אראפגעפאלן אין די ערגסטע פלאץ וואו א מענטש קען נאר אנקומען, דו האסט קשיות און ספיקות - איז דא איין עצה פאר דיר, די עצה פון התבודדות. גיי וויין צום אייבערשטן, זאג: "רבונו של עולם, איך האב נישט קיין אמונה, איך גלייב נישט אין דיר; איך האב געטון א נארישקייט, איך האב אריינגעקוקט אין ספרים וואס מען טאר נישט קוקן, יעצט איז מיר דער קאפ פארדריידט, העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן אמונה אין דיר, איך זאל האב אזא שטארקע אמונה אז איך זאל דיר זען, הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך א נס איך זאל אנהייבן גלייבן אין דיר אזוי ווי אמאל, געב מיר א שטארקע אמונה".


שרייען צום אייבערשטן - דאס וועט דיר העלפן, מאך זיך נישט משוגע פון זוכן מופתים וכו', גיי צום אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מו): "וַאֲזַי צָרִיךְ לִצְעֹק לְאָבִיו שֶׁבַּשָּׁמַיִם בְּקוֹל חָזָק מֵעִמְקֵי הַלֵּב", די עצה אויף דעם איז שרייען צום אייבערשטן פון טיפעניש פון הארץ: "הייליגער באשעפער, וואס האט דא פאסירט מיט מיר?! איך בין אין א סכנה, די אמונה איז מיר פארלאשן! איך וווייס נישט וואס האט פאסירט מיט מיר, העלף מיר האבן אמונה".


דער רבי זאגט (שם): "קֻשְׁיָא" איז די ראשי תיבות: "שְׁ'מַע יְ'יָ ק'וֹלִי אֶ'קְרָא, שֶׁצָּרִיךְ רַק לִקְרוֹת לַה', כְּשֶׁמִּתְגַּבֵּר עָלָיו הַקֻּשְׁיָא וְהַכְּפִירָה", מען דארף וויינען און שרייען צום אייבערשטן ווען מען זעט אז עס זענען זיך מתגבר די קשיות און כפירות.


מאך זיך א שיעור אין ספר יד החזקה פון הייליגן רמב"ם; דער רבי האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועלן מיר פסק'נען ווי דער רמב"ם", אבער די אנדערע ספרים - זאלסטו נישט לערנען און נישט האלטן אין שטוב.


א ליכטיגן חנוכה.

#1477 - מעג מען ארויסנעמען אום שבת פון א טאפ וואס ליגט אויפ'ן האטפלעיט?
שבת קודש, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס מ'טוט אום שבת קודש, אויב קיינער איז נישט אינדערהיים מיר צו העלפן האלטן דעם טאפ, אויב מעג איך ארויסנעמען זופ אדער טשאלנט גלייך פונעם טאפ וואס ליגט נאך אויף די האטפלעיט, צו געבן פאר די קינדער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן שבת נישט צו קומען צו חילול שבת, מען דארף גוט קענען הלכות בישול פאר מען גייט צו צום טאפ שבת; איינער וואס קען נישט הלכות בישול טאר נישט אנרירן די טעפ, מען קען מיט איין ריר עובר זיין אויף קאכן אום שבת.


אויב די עסן איז נאכנישט געקאכט - דארף מען וויסן אז מען טאר נישט עפענען דעם דעקל פונעם טאפ, ווייל אויב מען עפנט די דעקל - טאר מען עס נישט צודעקן, עס איז א חיוב חטאת, דאס הייסט קאכן אין שבת. אויך דארף מען וויסן, אויב די עסן איז נישט אינגאנצן געקאכט און מען האט דאס אראפגענומען פון פלאם - טאר מען נישט צוריק לייגן דעם טאפ אויפ'ן פייער, אויך טאר מען נישט ארויסנעמען מיט א לעפל, ווייל ווען מען נעמט ארויס מיט'ן לעפל מישט מען די עסן, און מישן עסן - איז קאכן, דעריבער איז זייער וויכטיג צו קאכן די עסן גענוג פרי, אז ביים זמן שבת זאלן אלע הייסע עסן שוין זיין געקאכט.


ווען די עסן איז שוין אינגאנצן געקאכט, דעמאלט, אויב מען עפנט אויף די דעקל - מעג מען צוריק צודעקן דעם דעקל, אויך מעג מען צוריק לייגן דעם טאפ אויפ'ן פייער אויב עס איז דא א בלעך און מען האט נאכנישט אראפגעלייגט דעם טאפ פון די הענט.


בנוגע ארויסנעמען פון טאפ ווען די עסן איז שוין אינגאנצן געקאכט און עס ליגט נאך אויפ'ן בלעך; אויב איז דאס א טרוקענע עסן, צום ביישפיל קוגל - איז בכלל נישט קיין פראבלעם. אויב עס איז א נאסע עסן, אזוי ווי טשאלנט; לכתחילה דארף מען אונטערהייבן דעם טאפ, אבער אויב מען האט נישט ווער עס זאל העלפן, אדער די טאפ איז זייער א שווערע - קען מען ארויסנעמען פון טאפ, מען זאל אבער אכטונג געבן נישט צו נעמען פון אונטן, נאר נעמען פון אויבן און זיכער נישט מישן די עסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1476 - דארף מען זיך וואשן נעגל וואסער יעדעס מאל מ'שטייט אויף ביינאכט?
סיפורי צדיקים, נעגל וואסער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה וועגן נעגל וואסער. עס קומט מיר אויס צומאל אויפצושטיין עטליכע מאל ביינאכט זיך אפצוגעבן מיט די קינדער, וויל איך וויסן אויב מ'דארף זיך וואשן נעגל וואסער יעדעס מאל באזונדער, אדער נאר אינדערפרי. צום ביישפיל אויב איך וואש זיך נעגל וואסער פיר אזייגער פארטאגס, דארף איך זיך נאכאמאל וואשן ווען איך שטיי אויף אום אכט אזייגער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער זוהר הקדוש זאגט (וישב, קפד:) בשעת א מענטש שלאפט גייט ארויף זיין נשמה און עס קומט א רוח טומאה אויף אים, און ווען דער מענטש וועקט זיך אויף - קומט זיין נשמה צוריק, דעמאלט גייט אוועק די רוח טומאה פון אים אבער עס בלייבט אויף זיינע הענט און גייט נישט אראפ פון אים נאר דורך נעגל וואסער.


אז מען שלאפט אין די נאכט שעות - דארף מען זיך וואשן נעגל וואסער, נישט קיין חילוק ווען מען שטייט אויף און וויפיל מאל מען גייט צוריק שלאפן; אויב מען וויל ארויסגיין פון שטוב - דארף מען זיך וואשן נעגל וואסער.


מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א פרוי געקומען צום גרויסן גאון דער סטייפלער זכותו יגן עלינו, זי האט געוויינט אז אירע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, און ממש יעצט האט איר זון זיך אפגעשניטן די פיאות רחמנא לצלן, האט דער סטייפלער גאון איר געפרעגט: "איר גיסט זיך אפ נעגל וואסער אינדערפרי?" די פרוי איז רויט געווארן פאר בושה און מודה געווען אז זי גיסט זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "וואס ווילט איר פון מיר? אז מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער בלייבט די טומאה אויף די הענט; וואס מען כאפט אן ווערט טמא, ממילא איז די גאנצע שטוב פול מיט א רוח טומאה רחמנא לצלן, וואס קען איך אייך טון אז איר אליינס האט גורם געווען די צרות?" זעט מען וואס פאסירט ווען מען גיסט זיך נישט אפ נעגל וואסער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1475 - מעג מען זאגן תהלים בשעת'ן געבן צו עסן פאר'ן קינד?
תהלים, חיזוק פאר פרויען, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, פאר יעדע שיעור, יעדעס ווארט, יעדע גליון, יעדע צעטל, איך בין זיך ממש מחי' מיט יעדע זאך. ווען איך האב א מינוט הער איך נאך שיעורים, און איך ווארט שוין קוים אויף סוף וואך צו באקומען די אלע שיינע גליונות, וואס איך ליין זיי אלע פון דעקל צו דעקל, און הלואי וואלט געווען נאך מער.


ווען איך זע מיין מאן לערנען געבט מיר דאס די מערסטע כח פון סיי וואס אויף דער וועלט, ער מאכט ברוך ה' כסדר נאך און נאך סיומים.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען מעג זאגן תהלים בשעת'ן זייגן דאס קינד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זאגן תהלים ביים זייגן, דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים חלק ב', סימן יב): "הֶחָלָב שֶׁל צַדֶּקֶת הוּא טוֹב לַתִּינוֹק לְיִרְאַת שָׁמַיִם", די מילך וואס דאס קינד זייגט פון א פרוי א צדקת - העלפט דאס קינד האבן יראת שמים, "וְגַם נוֹתְנוֹת לוֹ מֶמְשָׁלָה בָּעוֹלָם הַזֶּה", און עס מאכט אים זיין חשוב אויף די וועלט; אזוי ווי מיר געפונען ביי שרה אמנו, ווען זי האט געבוירן יצחק האבן אסאך מענטשן געלאכט און געשפעט, זיי האבן געזאגט עס קען נישט זיין אז שרה האט געבוירן א קינד, עס איז אן אונטערגעשטעלטע זאך, דאס קינד איז זיכער פון א דינסט, זיי זאגן ליגנט. האט אברהם אבינו געמאכט א גרויסע סעודה, ער האט גערופן די גדולי הדור, אויך שרה האט געמאכט א גרויסע סעודה און גערופן אלע פרויען, ביי די סעודה האט אברהם אבינו געזאגט פאר שרה זי זאל ווייזן פאר אלעמען אז זי קען געבן צו זייגן מילך.


די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה נג, ט): "אִמֵּנוּ שָׂרָה הָיְתָה צְנוּעָה יוֹתֵר מִדַּאי", שרה איז געווען זייער אן ערליכע, "אָמַר לָהּ אָבִינוּ אַבְרָהָם אֵין זוֹ שְׁעַת הַצְּנִיעוּת", האט אברהם אבינו איר געזאגט, יעצט איז נישט קיין צייט פון צניעות, "אֶלָּא גַּלִּי אֶת דַּדַּיִךְ, כְּדֵי שֶׁיֵּדְעוּ הַכֹּל שֶׁהִתְחִיל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לַעֲשׂוֹת נִסִּים", באווייז זיך, זאל מען זען די ניסים, זאלן מענטשן גלייבן אז דער אייבערשטער קען אלעס מאכן. האט זי געוויזן ווי עס רינט מילך, אלע זענען געקומען ברענגען די קינדער זיי זאלן זייגן פון אזא גרויסע צדיקת, "כָּל מִי שֶׁבָּא לְשֵׁם שָׁמַיִם, נַעֲשָׂה יְרֵא שָׁמַיִם", אלע וואס האבן געברענגט זייערע קינדער זאלן זייגן פון שרה זענען געווארן צדיקים, "נִתַּן לוֹ מֶמְשָׁלָה בָּעוֹלָם הַזֶּה", און אלע האבן באקומען גרויס חשיבות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1474 - וועלכע סארט תכלת נוצט מען אין ברסלב?
חסידות ברסלב, ציצית, תכלת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין א לאנגע צייט וואס איך האב א געפיל צו אנטון תכלת, איך האב אסאך געטון אין דעם ענין, געלערנט די ספרים איבער די נושא, אבער איך וויל פארשטיין ווי אזוי און ווען איז דאס אנגענומען געווארן אין ברסלב, אין די צייטן פון רבי'ן איז דאס דאך נאכנישט געווען?


אויך האב איך געוואלט וויסן אבער דער ענין איז צו גיין דערמיט נאר אויפ'ן טלית קטן? און אויך וועלכע סארט תכלת מען נוצט אין ברסלב, פון הייליגן ראדזינער זי"ע אדער פון די שפעטערדיגע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעניין תכלת איז דא אסאך צו שרייבן און צו רעדן; מוהרא"ש זאגט מען זאל זיך נישט מבלבל זיין מיט די זאכן, עס פעלט נישט אויס אריינקריכן אין חוקר זיין אויב די תכלת איז די עכטע אדער יענע תכלת איז די אמת'ע; דער עיקר דארף מען זיך פרייען מיט די מצוה פון ציצית, די מצוה פון ציצית איז א מצוה וואס איז כולל אלע מצוות, עס ראטעוועט פון עבירות; דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז): "צִיצִית שְׁמִירָה לְנִאוּף", ציצית ראטעוועט פון ניאוף, "סְגֻלָּה לְחוֹלֶה לְהִסְתַּכֵּל עַל הַצִּיצִית", ציצית איז א רפואה פאר אלע קרענק, מען דארף קוקן אויף די ציצית און זיך פרייען מיט די מצוה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געפירט צו גיין מיט תכלת ווייל רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה איז געגאנגען מיט תכלת. רבי אברהם האט געהאט א קבלה פון זיין טאטע רבי נחמן טולטשינער - א תלמיד פון רבי נתן זכר צדיק לברכה, וואס האט געהערט פון רבי נתן אז ווען דער רבי האט געזאגט: "פון מיר ביז משיח וועט נישט זיין קיין נייעס", האט דער רבי געגעבן א קרעכץ און זיך אנגערופן: "אה תרחם, אה תרחם"; דעמאלט האט מען נישט פארשטאנען וואס דער רבי מיינט מיט דעם "אה תרחם", אבער שפעטער ווען דער גרויסער צדיק דער ראדזינער רבי זכותו יגן עלינו האט אנטפלעקט די תכלת אין יאר תרח"ם [תרמ"ח], האט זיך רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה געטראפן מיט אים און דעמאלט אנגענומען דעם ענין פון גיין מיט תכלת, פארשטייענדיג אז דאס האט דער רבי געמיינט מיט דעם "אה תרחם", און אלע וואס זענען געגאנגען מיט רבי אברהם זכרונו לברכה האבן אנגעהויבן גיין מיט תכלת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1473 - קען מען האבן שלום בית ווען איינער איז א ברסלב'ער און דער צווייטער איז נישט?
שידוכים, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, חסידות ברסלב, שלום, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך שוין לאנג געוואלט באדאנקען אויף די שיעורים, די בריוו, און די גליונות, וואס האבן מיר אזויפיל געהאלפן אין לעבן.


איך בין א בת יחידה, צווישן צוויי ברידער. איך בין שוין 22 יאר אלט, מען האט שוין גערעדט פאר מיר אסאך שידוכים, אבער איך וויל זייער שטארק באקומען א בחור א ירא שמים וואס איז א ברסלב'ער חסיד.


איך קום נישט פון א חסידישע געזעלשאפט, איך בין אבער געווארן צוגעצויגן צו ברסלב דורך א חבר'טע, און מיר זענען זיך מחזק אינאיינעם, אבער זי האט שוין חתונה געהאט פאר עטליכע יאר צוריק.


מענטשן זאגן מיר איך זאל זיך נישט עקשנ'ען דוקא אויף א ברסלב'ער בחור, און אפילו נישט דוקא אויף א חסידישער בחור, דער עיקר איז נאר ער זאל נישט זיין קיין מתנגד, און דאן וועט אים שפעטער קענען מקרב זיין צו חסידות און צו ברסלב. איך בין אבער נישט זיכער אויב עס איז טאקע אזוי, איז שייך מקרב צו זיין דעם מאן נאך די חתונה? דאס וועט דאך מאכן דאס לעבן, כאטש אין אנהויב, זייער קאמפליצירט.


און דער עיקר וויל איך וויסן אויב די שלום בית וועט נישט זיין שווער אויב ביידע זענען אזוי אנדערש איינער פונעם צווייטן? קען מען זיך אויסקומען מיט א מאן אפילו איך בין אזוי שטארק פאר ברסלב, און ער האט גארנישט מיט ברסלב, און אפשר אפילו גארנישט בכלל מיט חסידות?


איך הער נישט אויף בעטן דעם אייבערשטן איך זאל שוין זוכה זיין צו מיין ריכטיגע שידוך, איך זאל שוין זוכה זיין חתונה צו האבן בקרוב און אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר ארויסהעלפן מיט עצות און הדרכה?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ערשטנס זאלט איר וויסן, עס איז נישטא אזא זאך אז צוויי מענטשן טראכטן אייניג, דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אז יעדער מענטש טראכט אנדערש פונעם צווייטן. די הייליגע חכמים זאגן (במדבר רבה כא, ב): "כְּשֵׁם שֶׁאֵין פַּרְצוּפוֹתֵיהֶן דּוֹמִין זֶה לָזֶה, כָּךְ אֵין דַּעְתָּן שָׁוִין זֶה לָזֶה", יעדער מענטש טראכט אנדערש; דעריבער אפילו איר וועט טרעפן א ברסלב'ער חתן, ביידע פון אייך זענען ברסלב'ער - וועט איר נאכאלץ דארפן שווער ארבעטן אויף שלום בית. מיינט נישט אז וויבאלד איר זענט ברסלב און איר וועט טרעפן א ברסלב'ער חתן - קומט אטאמאטיש שלום בית; שלום בית קען מען נאר האבן אויב מען ארבעט זיך אויס די מידות, מען דארף אסאך הארעווען אויף זיך צו האבן שלום בית, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מתקן זיין די שלעכטע מידות; נאר אזוי האט מען שלום בית.


מען זאגט נאך פון צדיקים, וואו בעט מען ביים דאווענען אויף שלום בית? ביי: "וְנַפְשִׁי כְּעָפָר לַכֹּל תִּהְיֶה", באשפער העלף מיר איך זאל זיין ביי זיך אזוי ווי ערד. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רעז) א מענטש דארף זיין ביי זיך אזוי ווי ערד, "כְּמוֹ הֶעָפָר שֶׁהַכֹּל דָּשִׁין עָלֶיהָ", אזוי ווי ערד וואס אלע טרעטן אויף איר, "וְהִיא נוֹתֶנֶת לָהֶם כָּל הַטּוֹבוֹת", און דער ערד געבט צוריק נאר גוטס, "אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה וְזָהָב וְכֶסֶף וַאֲבָנִים טוֹבוֹת", עסן, טרינקען, זילבער, גאלד און דיימאנטן שטיינער, "הַכֹּל הָיָה מִן הֶעָפָר", אלעס קומט ארויס פון די ערד, "כְּמוֹ כֵן אַף עַל פִּי שֶׁהֵם חוֹלְקִים עָלָיו וּמְבַקְּשִׁים רָעָתוֹ אַף עַל פִּי כֵן יֵעָשֶׂה לָהֶם כָּל הַטּוֹבוֹת, כְּמוֹ הֶעָפָר", אזוי אויך דארף א מענטש טון פאר אלע וואס טוען אים שלעכטס - נאר גוטס, אזוי ווי די ערד, דאס בעט מען: "וְנַפְשִׁי כְּעָפָר לַכֹּל תִּהְיֶה", איך זאל זיין ביי מיר אזוי ווי ערד; נאר אזוי קען מען האבן שלום בית, אז מען איז גרייט צו טון פאר'ן צווייטן נאר גוטס אפילו מען טרעט אויף מיר.


צווייטנס זאלט איר וויסן, שלום בית איז נישט ווען ביידע טראכטן די זעלבע, דאס איז נישט שלום. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן פ) שלום איז ווען מען שטעלט צוזאם צוויי פארקערטע מענטשן און ביידע לעבן אינאיינעם, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן די מלאכים. זאגט דער רבי: "כִּי זֶה הַמַּלְאָךְ מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", איין מלאך איז פייער דער צווייטער מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", וואס דאס זענען צוויי פארקערטע זאכן, וואסער לעשט אויס פייער און פייער טרוקנט אויס וואסער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", און דער אייבערשטער מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען; זעט מען אז דאס איז דער עיקר שלום, מחבר זיין צוויי פארקערט זאכן, עיין שם.


איר זאגט אז איר זענט מקורב צום רבי'ן, איר זענט ברסלב, וואלט איר שוין געדארפט וויסן וואס איז דאס ברסלב; ברסלב איז שכל, ברסלב איז טראכטן פון אייבערשטן, רעדן צום אייבערשטן, זיין פרייליך מיט מצוות, קוקן גוט אויף אנדערע - דאס איז ברסלב, נישט מער און נישט ווייניגער; א ברסלב'ער דארף זיך קענען אן עצה געבן מיט יעדע סארט שידוך: חסידי'ש, ליטוויש, יעקיש, אשכנז'יש און ספרדי'ש.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט פאר בחורים און מיידלעך א מאמר החכם: "הִזָּהֵר מִן הַזְמַן, כִּי הוּא אוֹיֵב רָע מְּאֹד", געבט אכטונג פון צייט, מען דארף היטן די צייט, ווייל עס גייט אריבער זייער שנעל. חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה וועסטו טרעפן דיין שידוך; בדרך כלל איז א מענטש א בעל גאוה וכו', עס פאסט אים נישט צו נעמען שידוכים וואס מען טראגט אים אן און ער מאכט אלעס אוועק זאגנדיג: 'איך דער גרויסער חכם וועל נעמען דאס?!' 'איך דער שיינער מענטש, דער קלוגער מענטש וועל חתונה האבן מיט אזוינס?!' אזוי דריידט מען זיך ארום וכו' זוכנדיג א שידוך וואס איז נאכנישט געבוירן געווארן; מען זוכט און מען זוכט, מען גייט ארויס זיך טרעפן וכו', אלץ מיט די כוונה אז אפשר וועט מען טרעפן א כלה וואס וועט קומען צו רייטן אויף א ווייסע פערד מיט אנגעפילטע זעק מיט געלט וכו', מען ווארט עס זאל געבוירן ווערן אזא פארשוין און מען כאפט נישט אז ביז דערווייל גייט אריבער אסאך צייט, און פלוצלינג דערזעט מען זיך פארעלטערט...


ווארטס נישט אויף א ברסלב'ער, אויף א חסידי'שער.

#1472 - יישר כח פאר די עצה צו דאנקען דעם אייבערשטן
חינוך הילדים, רפואה, חנוכה, ניגונים, תודה והודאה, מוזיק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט זאגן יישר כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און א יישר כח פאר'ן אייבערשטן, פאר די נס וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט מיר.


בערך א יאר צוריק האט דער ראש ישיבה מיר געגעבן א ברכה אז די סערייעסעס און הויט פראבלעמען זאלן אוועקגיין, און דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט צו לייגן אויל פון די חנוכה ליכט און דאנקען דעם אייבערשטן.


איך דאנק יעצט דעם אייבערשטן אז ס'איז אוועקגעגאנגען און איך האב יעצט ברוך ה' פשוט קלארע הויט; ס'איז בכלל נישט אזוי פשוט, ס'איז אזא מתנה פונעם אייבערשטן, יישר כח פאר'ן מתפלל זיין פאר מיר, און יישר כח ראש ישיבה פאר די גוטע עצה פון דאנקען דעם אייבערשטן, די לעבן ווערט אזוי אנדערש ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעס גוטס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט א רפואה, די זאך איז אוועק, איר זענט געזונט און שטארק; א יישר כח פאר'ן שרייבן די גוטע נייעס, נישט אלע קומען צוריק דערציילן ווען זיי זעען די ישועה.


זייט ווייטער ממשיך מיט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, טאנצט מיט די קינדער ניגוני אמונה; עס איז זייער וויכטיג פאר קינדער צו טאנצן מיט זיי, זינגען מיט זיי.


מוהרא"ש זאגט, א אידישע שטוב דארף האבן א גוטע ספיקער, עס זאל זיך הערן נאר פרייליכקייט, לעבעדיגע מוזיק.


פארשטייט זיך, מען דארף אכטונג געבן וואס פאר א ניגונים מען הערט. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ג) ניגונים פון רשעים שאדט פאר עבודת השם; היינט איז א צעמישעניש פון זינגערס, די אלע זינגערס וואס היטן נישט תורה ומצוות זיי זינגען אין לשון הקודש, אבער עס איז טמא ומטמא השם ירחם, עס איז דא אזויפיל ערליכע זינגערס וואס זינגען ניגוני אמונה ובטחון, דאס דארף מען אנצינדן פאר קינדער.

#1471 - ווי הארב איז די עבירה פון פגם הברית?
קדושה, עבירות, עונשים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שטענדיגע חיזוק, איך האב געוואלט פרעגן איבער די הארבקייט פון פגם הברית, אויב איז דאס א לאו אדער אן עשה?


אסאך מאל בוזשעווען ביי מיר אין קאפ מחשבות אז איך זאל זיך נאר איין מאל נאכגעבן די שלעכטע תאוות, און נאכדעם וועט מיר ווערן גרינגער, ווי אזוי שטארקט מען זיך אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קוק אריין אין שולחן ערוך (אבן העזר סימן כג, סעיף א-ב): "אָסוּר לְהוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה, וְעָוֹן זֶה חָמוּר מִכָּל עֲבֵרוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה", די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז הארבער פון אלע עבירות אין די תורה, "אֵלּוּ שֶׁמְּנָאֲפִים בַּיָּד וּמוֹצִיאִים שִׁכְבַת זֶרַע, לֹא דַּי לָהֶם שֶׁאִסוּר גָּדוֹל הוּא, אֶלָּא שֶׁהָעוֹשֶׂה זֶה, בְּנִדּוּי הוּא יוֹשֵׁב", די וואס טוען די עבירה, אויסער די גרויסע עבירה וואס מען האט - איז מען אין חרם, און אויף זיי וויינט דער נביא (ישעיה א, טו): "יְדֵיכֶם דָּמִים מָלֵאוּ", ענקערע הענט זענען אנגעפולט מיט בלוט, "וּכְאִלּוּ הָרַג הַנֶּפֶשׁ", עס איז אזוי ווי הרג'נען מענטשן.


די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים, ער הרג'ט אויס זיינע קינדער; ווייל יעדע טיפה איז א גאנצע מענטש, אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


עס זעט אויס ווי ביי דיר איז די גאנצע זאך א געלעכטער; עס איז גארנישט קיין געלעכטער, אלע צרות און יסורים וואס מענטשן ליידן איז אלעס פון די עבירה, די עבירה איז מעכב די גאולה שלימה. די הייליגע חכמים זאגן (נדה יג.): "כָּל הַמוֹצִיא זֶרַע לְבַטָּלָה", ווער עס טוט די עבירה, "כְּאִילוּ מֵבִיא מַבּוּל לָעוֹלָם", איז אזוי ווי ער ברענגט א מבול אויף די וועלט; ווייל ער מעקט אפ גאנצע דורות רחמנא לצלן, יעדע טיפה איז א קומה שלימה, אזוי ווי ביים מבול איז אלעס חרוב געווארן - אזוי אויך מאכט ער אלעס חרוב.


מען פארלירט אלעס דורך די עבירה, נישט נאר יענע וועלט נאר אפילו די וועלט פארלירט מען. אזוי ווי דער מחבר זאגט (אורח חיים סימן רמ, סעיף יד): "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו", מען ווערט אפגעשוואכט און פארעלטערט, "וְכֹחוֹ תָּשַׁשׁ", מען פארלירט די כוחות. אזוי אויך "עֵינָיו כֵּהוֹת", די אויגן ווערן אים אפגעשוואכט, "וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון זיין מויל, "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פון קאפ און פון די אויגן ברעמען פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אויף אים נאך אסאך ווייטאגן.

#1470 - מעג א חסידישער בחור האבן א פשוטע עם. פי. טרי.?
בחור, אינטערנעט, מוזיק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט אין א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אז אפילו אן עם. פי. טרי. (MP3) קען זיין א פראבלעם. איך וויל וויסן אויב א חסידישער בחור מעג האבן א פשוטע עם. פי. טרי. (MP3)?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן וואס מען נעמט אריין אין די הענט; עס זענען דא מאשינען וואס זעען אויס צו זיין גוט אבער מען קען ווערן אומגליקליך פון דעם, מען קען זיך מחבר זיין צום אינטערנעט און צוקומען צו זען עבירות רחמנא לצלן.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו האבן א כלי צו הערן ניגונים, אבער מען דארף דאס גוט בודק זיין אויב דאס איז כשר, עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1469 - פארוואס צאלט מען אזוי ווייניג פאר א מלמד?
סיפורי צדיקים, פרנסה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין א מלמד א שיינע פאר יאר, איך האב ברוך ה' א גרויסע משפחה מיט קינדער, אבער איך פארדין נישט גענוג צו דעקן דעם חודש, איך באקום ממש ווי מען באצאלט אויף די גאס פאר א ביליגע ארבעטער, פאר יעדע זאך פארשטייט מען אז מ'דארף צאלן נארמאל, אויסער פאר א מלמד וואס טוט די שווערסטע ארבעט צו זיצן אין א קלאס מיט לעבעדיגע קינדער א גאנצן טאג און אויסהאלטן יעדנ'ס שוועריקייטן.


איך פארשטיי אז די מוסד וואו איך בין איינגעשטעלט האט נישט קיין געלט צו באצאלן מער, אבער איך קען נישט פארשטיין ווען איך זע מענטשן צאלן נישט די שכר לימוד אדער דינגען זיך מיט פרייז, ווען אין די זעלבע צייט וועלן זיי איינקויפן וואס זיי דארפן פאר זייער באקוועמליכקייט און אויסגעבן געלט אויף זאכן וואס זענען נישט באמת וויכטיג, און נאר ווען עס קומט צו שכר לימוד, וואס איז די וויכטיגסטע זאך פאר א מענטש, זוכט מען צו שפארן.


אויך טוט מיר זייער וויי ווען איך הער אסאך מאל מענטשן זאגן אז א מלמד ווערט א מלמד ווייל ער טויג נישט אויף קיין שום אנדערע זאך, ווען דער אמת איז אז א מלמד איז סאך א שווערערע און אסאך מער קאמפליצירטע ארבעט פון רוב אנדערע זאכן, און צו זיין א גוטער מלמד פאדערט אסאך כח און מח מיט געדולד, און צום סוף פארשטייען אפילו נישט די עלטערן וואס דער מלמד טוט פאר זייער קינד, און פאר די קלענסטע זאך וואס זיי מיינען אז מ'האט נישט גוט געטון, וועט מען רופן אנשרייען און פארהאלטן, ווען ס'איז נישט מעגליך זיי מסביר צו זיין וואס איז פארגעגאנגען פונקטליך.


איך קען נוצן חיזוק אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען דאס גרויסקייט פון א גוטער מלמד, ווי גרויס זיינע זכותים זענען; אלע תורה און תפילה וואס די תלמידים גייען לערנען און דאווענען זייער גאנץ לעבן - גייט אויפ'ן זכות פונעם מלמד.


ליידער זענען מענטשן מזלזל אין מלמדים, מען שעצט נישט זייער ארבעט; דאס טוט זייער וויי, בפרט ווען מען ארבעט ביטער שווער מיט א קינד און אנשטאט צו באקומען איינערקענונג פון די עלטערן אויף די שווערע ארבעט - האט מען גאר טענות וכו'; דאס נעמט ארויס די כח פונעם מלמד.


איך בין אויך געווען א מלמד, איך פארשטיי דיר זייער גוט; מיט דעם בעט איך דיר זייער זאלסט זיך שטארקן. געדענק, מען ארבעט פאר'ן אייבערשטן, מען ארבעט נישט פאר קיינעם אנדערש, און אויבן אין הימל ווערט אוועקגעלייגט די שווערע ארבעט און פלאג, עס איז אנגעגרייט א גרויסער שכר פאר מלמדים.


ווער נישט צעבראכן ווען דו הערסט רעדן אויף מלמדים, ליידער זענען דא אזעלכע וואס טארן נישט זיין קיין מלמד. מוהרא"ש דערציילט: "עֶס אִיז גֶעקוּמֶען אַמָאל אַ אִיד צוּ רֶבִּי מֵאִיר שְׁפִּירָא זַצַ"ל זִיךְ דוּרְכְרֶעדְן מִיט אִים, דֶער אִיד אִיז גֶעוֶוען אַ שׁוֹחֵט אוּן מֶען הָאט אִים אָפְּגֶעזָאגְט פוּן דִי שְׁחִיטָה, אוּן עֶר הָאט זִיךְ גֶעוָואלְט שׁוֹאֵל עֵצָה זַיין וֶועלְכֶע פַּרְנָסָה עֶר זָאל נֶעמֶען. רֶבִּי מֵאִיר הָאט אִים גֶעפְרֶעגְט וָואס עֶר טְרַאכְט צוּ טוּן, הָאט דֶער אִיד גֶעזָאגְט אַז עֶר הָאט גֶעקְלֶערְט אַז אַזוֹי וִוי עֶר הָאט נִישְׁט קַיין פַּרְנָסָה, זָאל עֶר וֶוערְן אַ מְלַמֵד. הָאט אִים רֶבִּי מֵאִיר גֶעזָאגְט: 'אַז דוּ הָאסְט נִישְׁט גֶעקֶענְט שֶׁחְטְ'ן אָקְסְן, צִיגְן אוּן הִינֶער, וֶועסְטוּ יֶעצְט גֵיין שֶׁחְטְ'ן קִינְדֶער?!'" ער האט אים געווארנט ער זאל זיך נישט דערווייגן צו זיין א מלמד.


מוהרא"ש זאגט: "מֶען זֶעט אַן אִינְטֶערֶעסַאנְטֶע זַאךְ, אִין יֶעדֶע פַּרְנָסָה וָואס אַ מֶענְטְשׁ וִויל זִיךְ אַרַיינְלָאזְן, דַארְף עֶר זִיךְ קוֹדֶם לֶערְנֶען דִי פַאךְ אוּן עֶרְשְׁט נָאכְדֶעם קֶען עֶר אָנְהוֹיבְּן צוּ אַרְבֶּעטְן מִיט דֶעם. עֶס זֶענֶען דָא פַאכְן וָואס מֶען קֶען זִיךְ גְרִינְגֶער לֶערְנֶען, אוּן עֶס זֶענֶען דָא וָואס זֶענֶען שְׁוֶוערֶער אוּן נֶעמֶען לֶענְגֶער זִיךְ צוּ לֶערְנֶען. צוּם בַּיישְׁפִּיל וֶוען אֵיינֶער וִויל וֶוערְן אַ דָאקְטֶער, דַארְף עֶר גֵיין לֶערְנֶען אוּן שְׁטוּדִירְן פַאר לַאנְגֶע יָארְן בִּיז וֶוען עֶר קֶען זִיךְ דֶערְלֶערְנֶען אוּן קֶענֶען גוּט דֶעם פַאךְ. אֲפִילוּ קְלֶענֶערֶע פַאכְן דַארְף מֶען זִיךְ אוֹיךְ לֶערְנֶען קוֹדֶם, אֵיינֶער וִויל אַרְבֶּעטְן מִיט עֶלֶעקְטְרִיק דַארְף עֶר זִיךְ דָאס אוֹיסְלֶערְנֶען קוֹדֶם, אוֹיבּ נִישְׁט וֶועט עֶר זִיךְ עֶלֶעקְטֶערֶעזִירְן חַס וְשָׁלוֹם; אֵיינֶער וִויל זַיין אַ פֶּעינְטֶער, אַ סְטָאלֶער, אָדֶער סֵיי וָואס, דַארְף עֶר קוֹדֶם וִויסְן אוֹיבּ עֶר טוֹיג דֶערְצוּ, עֶר דַארְף קֶענֶען דֶעם פַאךְ, עֶר דַארְף לִיבּ הָאבְּן דֶעם פַאךְ. אוּן פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז קֵיינֶער וֶועט נִישְׁט אוֹיפְנֶעמֶען אַ פַאכְמַאן צוּ טוּן פַאר אִים אַן אַרְבֶּעט אוֹיבּ יֶענֶער הָאט נִישְׁט קַיין אַנוּנְג וִוי אַזוֹי מֶען טוּט עֶס, אָבֶּער עֶס אִיז דָא אֵיין פַאךְ וָואס אִיז אַן אוֹיסְנַאם, דָאס אִיז וֶוען אֵיינֶער וִויל וֶוערְן אַ מְלַמֵד. עֶס זֶענֶען טַאקֶע דָא אַסַאךְ גוּטֶע מְלַמְדִים, עֶס אִיז אָבֶּער גֶעוָוארְן אַזוֹי אַיינְגֶעפִירְט אַז וֶוער עֶס הָאט נִישְׁט קַיין פַּרְנָסָה, עֶר אִיז אַ שְׁלִימַזָל אוּן טוֹיג צוּ גָארְנִישְׁט - דֶער וֶוערְט אַ מְלַמֵד. דָאס אִיז זֵייעֶר מָאדְנֶע, פַארְוָואס פּוּנְקְט בַּיי דֶעם פַאךְ קוּקְט מֶען גָארְנִישְׁט אוֹיף דֶעם מֶענְטְשׁ אֵיידֶער מֶען נֶעמְט אִים אוֹיף אַלְס מְלַמֵד צוּ זֶען אוֹיבּ עֶר טוֹיג טַאקֶע צוּ דֶעם פַאךְ אָדֶער נִישְׁט? שְׁטֶעלְט אַייךְ פָאר אַז אֵיינֶער הָאט נִישְׁט קַיין פַּרְנָסָה אוּן עֶר אִיז מַחְלִיט אַז אַזוֹי וִוי עֶר הָאט נִישְׁט וָואס צוּ טוּן וֶועט עֶר וֶוערְן אַ דָאקְטֶער... דָאס אִיז דָאךְ מַמָשׁ רְצִיחָה, עֶר וֶועט הַרְגְ'עֶנֶען מֶענְטְשְׁן רֶעכְטְס אוּן לִינְקְס רַחֲמָנָא לִיצְלָן".


פארשטייט זיך אז דאס מיינט מען נישט די גוטע מלמדים; אן ערליכער מלמד, א מלמד וואס געבט אכטונג אויף זיינע קינדער - דער איז זייער חשוב אויבן אין הימל. "חַזַ"ל זָאגְן (בָּבָא בַּתְרָא ח:) אוֹיפְ'ן פָּסוּק (דָנִיאֵל יב, ג'): 'וּמַצְדִיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד, אֵלוּ מְלַמְדֵי תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן' - דִי מְלַמְדִים וָואס לֶערְנֶען תּוֹרָה מִיט אִידִישֶׁע קִינְדֶער, זֵייעֶר שְׂכַר אִיז אַזוֹי פִיל אוּן אַזוֹי גְרוֹיס וִוי דִי שְׁטֶערְנְס אִין הִימְל. וֶוען מֶען קוּקְט אַרוֹיף אִין הִימְל זֶעט מֶען דִי גֶעוַואלְדִיגֶע נִפְלָאוֹת הַבּוֹרֵא, דִי גְרוֹיסְקֵייט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וָואס הָאט בַּאשַׁאפְן אַזוֹיפִיל בִּילְיָאנֶען שְׁטֶערְן. אוּן דָאס וָואס מֶען זֶעט מִיט דִי אוֹיגְן אִיז נָאךְ גָארְנִישְׁט קֶעגְן דֶעם וָואס מֶען זֶעט קוּקְנְדִיג מִיט אַ סְפֶּעצִיעֶלֶע פַארְגְרֶעסֶערוּנְג גְלָאז [טֶעלֶעסְקָאוּפּ]. עֶס אִיז דָאךְ מַמָשׁ נִישְׁט מֶעגְלִיךְ צוּ צֵיילְן דִי פִילֶע בִּילְיָאנֶען שְׁטֶערְן וָואס דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט בַּאשַׁאפְן, אוּן עֶר הָאט זֵיי אַלֶע גֶעגֶעבְּן אַ נָאמֶען. זָאגְן חֲזַ"ל אַז אַזוֹי וִוי מֶען קֶען נִישְׁט צֵיילְן דִי שְׁטֶערְנְס אִין הִימְל, אַזוֹי קֶען מֶען נִישְׁט צֵיילְן אוּן אָפְּשַׁאצְן דִי גֶעוַואלְדִיגֶע שְׂכַר וָואס וַוארְט אָפּ פַאר אַ מְלַמֵד וָואס גֶעבְּט זִיךְ אָפּ מִיט קִינְדֶער וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין אוּן לֶערְנְט מִיט זֵיי תּוֹרָה".


דאס וואס דו קרעכצט אז דו האסט נישט קיין געלט; מיין נישט אז דער וואס ארבעט ערגעץ אנדערש - האט מער געלט פון דיר, יעדער מוטשעט זיך, יעדער וויינט; דער חילוק איז נאר, מיט וואס מוטשעט מען זיך? "אָנוּ עֲמֵלִים וְהֵם עֲמֵלִים; אָנוּ עֲמֵלִים וּמְקַבְּלִים שָׂכָר", מיר מוטשען זיך מיט טייערע אידישע נשמות, אידישע קינדער, דעם אייבערשטנ'ס קינדער; מיר בויען אויף דעם קומענדיגן דור פון כלל ישראל, "וְהֵם עֲמֵלִים וְאֵינָם מְקַבְּלִים שָׂכָר", און אנדערע מוטשען זיך און עס בלייבט גארנישט פון דעם.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1468 - איך בין אינגאנצן פארלוירן, וועט מיר נאך אמאל גוט זיין?
התחזקות, צרות, גט, זיווג שני

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אייך ממש מקנא, ווי איר געבט שיעורים בכל חלקי התורה, ובפרטיות אנצוגיין מיט טעגליכע שיעורים וואס זענען באמבעס אנטקעגן די אלע טרייף פסול וואס איז זיך מתגבר אן א שיעור יעדן טאג. זאל דער אייבערשטער אייך באצאלן בכפל כפלים, שטארקע כוחות, אריכת ימים, און געזונט, ווייטער אנצוגיין מיט חיות און שמחה.


איך בין אדורך זייער א שווערע לעבן, איך זוך מיך נישט צו צערטלען, אבער מומחים האבן געזאגט אז אין מיינע קורצע יארן בין איך אריבער זאכן וואס אנדערע יאגן נישט אן צו זען אין זיבעציג יאר. ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר געבען א שטארקע מח און בין דאס אלעס אריבער, מיין שטרעבן איז געווען אז ווען איך וועל חתונה האבן וועט איך אנהייבן א נייע בלאט און איך וועל שוין קענען דינען דעם אייבערשטן אן זיין נע ונד, דא עקא איך בין אריין צום חתונה בשברון לב מכמה סיבות, איך האב געדארפט אלעס אליין צאלן, מיין טאטע האט נישט געוואלט קומען צו די חתונה, און מיין משפחה האט אויך נישט געקענט קומען, און נישט לאנג נאך די חתונה האט מיין ווייב מיך אפגעלאזט און צוריק געגאנגען צו איר מאמע. און איך בין געבליבן זייער צעבראכן, אפילו מען זאגט מיר אז ברוך ה' איך בין פטור געווארן פון א קלאפטע.


דער שידוך האט זיך געשלאסן 40 טעג נאך וואס איך האב אויסגעזאגט תהלים אין יבניאל, און איך האב אלעס פרובירט צו טון פאר שלום בית, איך האב אפילו געזאגט פינף מאל רצופות תהלים אין יבניאל. די רבנים האבן מיר געזאגט צו ווארטן, זאכן וועלן זיך גוט מסדר זיין מיט די צייט, אבער למעשה איז אריבער אפאר יאר און גארנישט איז געווארן, און מיר האבן זיך גע'גט.


יעצט בין איך אינגאנצן פארלוירן, איך האב נישט קיין עלטערן אדער משפחה אויף מיין זייט, איך בין א שעמעדיגער, און נאך אזויפיל יסורים ווי אזוי וועל איך חתונה האבן? ווער וועט קוקן אויף מיר?


איינער האט מיר געזאגט צו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר שוין יעצט פארגיטיגן אויף מיין שווערע עבר, ער זאל מיר געבן א בעסערע שידוך, איך ווייס אבער נישט אויב מען מעג טראכטן אויף אזא וועג, דער אייבערשטער איז מיר דען עפעס שולדיג?


ברוך ה' איך בין געווען דאס יאר ראש השנה אין אומאן, און איך האב געענדיגט ש"ס כסדרן באמירה. אבער זייט דעמאלט לערן איך כמעט גארנישט, ווייל פאר איך האב געוואוסט פונעם דרך הלימוד האב איך שוין געענדיגט איינמאל ש"ס בבקיאות, און די געשמאקע טעם האב איך ממש נישט געהאט יעצט. איך האב זייער אסאך שיעורים און איך האב ליב צו לערנען. איך פרוביר אבער אסאך צו רעדן צום אייבערשטן.


אנטשולדיגט פאר די אריכות, איך רעד בטבע נישט מיט מענטשן (ווען איך האב געליינט אויף די ערשטע יארן פון מוהרא''ש האב איך זיך זייער געטראפן דערין) איך האב מסתמא קיינמאל זיך נישט אויסגערעדט צו קיינעם אזוי ווי דא, חוץ וואס איך רעד צום אייבערשטן שעות, אבער יעצט ווען איך האב געזען די גרויס חיזוק וואס איך האב געהאט פון די בריוו, האב איך אייך געשריבן מיינע ווייטאגן. איך אנטשולדיגט זיך פאר'ן מטריח זיין, איך האב בעצם פרובירט זייער מקצר זיין, אבער חיי אדם האט נישט קיין קיצור.


עס וועט מיר געבן א גרויס שטופ ווייטער אויב דער אייבערשטער וועט אייך געבן די ריכטיגע ליכטיגע ווערטער מיר מחזק צו זיין.


יישר כח


נ.ב. איך זאג קרבנות הנשיאים כמעט יעדן טאג.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב א קוק די הערליכע חיזוק וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט זיך צו קענען מחזק זיין (צוואת מוהרא"ש, אות יד): "אִיר דַארְפְט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דָאס לֶעבְּן פוּן אַ מֶענְטְשׁ אוֹיף דִי וֶועלְט אִיז זֵייעֶר זֵייעֶר שְׁוֶוער אוּן בִּיטֶער, מֶען פְּרוּבִּירְט אוֹיס יֶעדְן מֶענְטְשׁ מִיט אַנְדֶערֶע שְׁוֶוערֶע נִסְיוֹנוֹת, אוּן דָאס אַלֶעס אִיז נָאר מִיטְן צִיל צוּ זֶען צוּ וֶועם דֶער מֶענְטְשׁ וֶועט זִיךְ וֶוענְדְן וֶוען עֶס קוּמְט אוֹיף אִים אַ צָרָה.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ אַז אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן, אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט לָאזְן צוּבְּרֶעכְן פוּן קַיין שׁוּם שְׁוֶוערִיקַייט וָואס גֵייט אוֹיף אַייךְ אַרִיבֶּער סֵיי בְּגַשְׁמִיוּת אוּן סֵיי בְּרוּחֲנִיוּת. אִיר זָאלְט אַייךְ פְּרוּבִּירְן צוּ הַאלְטְן פְרֵיילִיךְ אוּן לוּסְטִיג דֶעם גַאנְצְן לֶעבְּן. שִׂמְחָה אִיז דֶער כֵּלִי אַרָאפּ צוּ בְּרֶענְגֶען אַלֶע יְשׁוּעוֹת אוּן רְפוּאוֹת. וִוי מֶער פְרֵיילִיךְ אַ מֶענְטְשׁ אִיז, אַלְץ אַ גְרֶעסֶערֶע אוּן שֶׁענֶערֶע יְשׁוּעָה בְּרֶענְגְט עֶר אַרָאפּ. שִׂמְחָה בְּרֶענְגְט פַאר אַ מֶענְטְשׁ הַרְחָבַת הַדַעַת, אוּן וֶוען מֶען הָאט הַרְחָבַת הַדַעַת קֶען מֶען מְקַבֵּל זַיין אַלֶע גוּטֶע זַאכְן וָואס דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער שִׁיקְט, מֶען קֶען מְקַבֵּל זַיין אַלֶע רוּחְנִיוּת'דִיגֶע אוֹרוֹת פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


דֶער אֱמֶת אִיז אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט בַּאשַׁאפְן אוּן עֶר דֶערְהַאלְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט, עֶר פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן דָאס אַלֶעס וָואס גֵייט אַרִיבֶּער אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ צָרוֹת אוּן יִסוּרִים אִיז נָאר צוּ אוֹיסְלַייטֶערְן דֶעם מֶענְטְשׁ. דֶער מֶענְטְשׁ הָאט אַ שְׁוֶוערֶע גוּף, וָואס מֶען קֶען נִישְׁט אוֹיסְלַייטֶערְן נָאר דוּרְךְ שְׁוֶוערִיקַייטְן אוּן יִסוּרִים.


דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ פְרֵייעֶן וֶוען אִיר הָאט יִסוּרִים, חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרֵאשִׁית רַבָּה ט) 'טוֹב מְאֹד זוּ מִדַת יִסּוּרִין, שֶׁעַל יָדֶיהָ הַבְּרִיוֹת בָּאִים לְחַיֵי עוֹלָם הַבָּא' - דִי יִסוּרִים וָואס אַ מֶענְטְשׁ הָאט, אִיז זֵייעֶר גוּט פַאר אִים, וַוייל דָאס בְּרֶענְגְט אִים צוּ חַיֵי עוֹלָם הַבָּא. דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ פְרֵייעֶן אַז אִיר בַּאקוּמְט דִי יִסוּרִים וָואס וֶועט אוֹיסְלַייטֶערְן אֵייעֶר גוּף פוּן אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע זַאכְן וָואס הָאבְּן זִיךְ אָנְגֶעקְלֶעבְּט אִין אִיר.


גֶעדֶענְקְט גוּט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרָכוֹת ה.) 'כָּל שֶׁהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא חָפֵץ בּוֹ, מְדַכְּאוֹ בְּיִסּוּרִין. וְאִם קִבְּלוֹ בְּאַהֲבָה, יִרְאֶה זֶרַע יַאֲרִיךְ יָמִים' - וֶועם דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט לִיבּ, שִׁיקְט עֶר אִים יִסוּרִים, אוּן אוֹיבּ דֶער מֶענְטְשׁ אִיז עֶס מְקַבֵּל בְּאַהֲבָה, וֶועט עֶר הָאבְּן גוּטֶע קִינְדֶער אוּן אַ לַאנְג לֶעבְּן".


מוהרא"ש זאגט ווייטער: "וָואס זָאל אִיךְ אַייךְ זָאגְן? אִיר קֶענְט זִיךְ נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וִויפִיל יִסוּרִים אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ אִיךְ הָאבּ גֶעלִיטְן אוֹיף דֶער וֶועלְט, אִיךְ הָאבּ מַמָשׁ נִישְׁט גֶעהַאט קַיין אֵיין גוּטְן טָאג אִין מַיין לֶעבְּן, אָן קַיין גֻּזְמָא. אִיךְ הָאבּ יֶעדְן טָאג גֶעוֵויינְט פוּן דִי פִילֶע צַעַר אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעהַאט פוּן אַלֶע זַייטְן, פוּן אִינֶעוֵויינִיג אוּן פוּן אִינְדְרוֹיסְן. אָבֶּער אִיךְ הָאבּ זִיךְ שְׁטֶענְדִיג גֶעטְרֵייסְט מִיט דֶעם אַז בָּרוּךְ ה' אִיךְ גְלֵייבּ אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אִיךְ וֵוייס אַז אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אַלֶעס וֶוערְט גֶעפִירְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אִיךְ בִּין נָאר אַנְטְלָאפְן שְׁטֶענְדִיג צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן נָאר דָאס הָאט מִיר גֶעהָאלְפְן אִיבֶּערְקוּמֶען מַיינֶע צָרוֹת אוּן יִסוּרִים.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר אוֹיךְ טוּן דִי זֶעלְבֶּע, אִיר זָאלְט חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט הָאבְּן קַיין טַעֲנוֹת אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, זִיךְ נִישְׁט אָפְּרֶעדְן אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. גֶעדֶענְקְט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (תַּנְחוּמָא תֵצֵא) 'צָרִיךְ הָאָדָם לְהַחְזִיק טוֹבָה לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּזְמַן שֶׁהַיְסוּרִין בָּאִין עָלָיו, לָמָה? שֶׁהַיְסוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא' - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וֶוען עֶר שִׁיקְט אִים יִסוּרִים. פַארְוָואס? וַוייל דִי יִסוּרִים שְׁלֶעפְּן דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. נָאךְ זָאגְן דִי חֲזַ"ל (סִפְרִי וָאֶתְחַנַּן) 'יְהֵא אָדָם שָׂמֵחַ בְּיִסּוּרִין יוֹתֵר מִן הַטוֹבָה, שֶׁאִילוּ הָאָדָם בְּטוֹבָה אֵין נִמְחָל לוֹ עָווֹן שֶׁבְּיָדוֹ, וּבִּיְסוּרִין נִמְחָל לוֹ' - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף זִיךְ מֶער פְרֵייעֶן מִיט דִי יִסוּרִים וָואס עֶר בַּאקוּמְט וִוי מִיט דִי גוּטְס וָואס עֶר בַּאקוּמְט, וַוייל וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט נָאר גוּטְס וֶועט עֶר מִיט דֶעם נִישְׁט אָפְּקוּמֶען זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער וֶוען עֶר הָאט יִסוּרִים וֶועט דָאס אָפְּמֶעקְן אַלֶע זַיינֶע עֲבֵירוֹת.


אוּן דִי עֵצָה זִיךְ אַרוֹיסְצוּדְרֵייעֶן פוּן יִסוּרִים אִיז צוּ אַנְטְלוֹיפְן צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, צוּ לֶערְנֶען תּוֹרָה, אוּן צוּ מְחַדֵשׁ זַיין חִידוּשֵׁי תּוֹרָה, דֶער רֶבִּי זָאגְט (עַיֵין לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן ס"ה) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט יִסוּרִים מַאכְט עֶר זִיךְ שְׁטַארְק צוּ דִי אוֹיגְן אוּן עֶר גֶעבְּט זִיךְ אִינְגַאנְצְן אִיבֶּער צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר אַנְטְלוֹיפְט נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן דוּרְךְ דֶעם אִיז עֶר זוֹכֶה צוּ מְחַדֵשׁ זַיין אַסַאךְ חִידוּשֵׁי תּוֹרָה. חֲזַ"ל זָאגְן (תָּנָא דְבֵי אֵלִיָהוּ רַבָּה פֵּרֶק ו') 'אִם רָאִיתָ שֶׁיִּסּוּרִים מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאִין עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי תּוֹרָה, וּמִיַד הַיִּסּוּרִים בּוֹרְחִין מִמְךָ' - אוֹיבּ זֶעסְטוּ אַז עֶס קוּמֶען אוֹיף דִיר יִסוּרִים, זָאלְסְטוּ אַנְטְלוֹיפְן צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן דַאן וֶועלְן דִי יִסוּרִים אַוֶועק גֵיין פוּן דִיר.


דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז דָאס הָאבּ אִיךְ גֶעטוּן יֶעדְן טָאג, וֶוען אִיךְ הָאבּ גֶעלִיטְן שְׁוֶוערֶע אוּן בִּיטֶערֶע יִסוּרִים בְּגַשְׁמִיוּת אוּן בְּרוּחֲנִיוּת, בִּין אִיךְ שְׁטֶענְדִיג גֶעלָאפְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן פוּן דֶעם הָאבּ אִיךְ זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ מְחַדֵשׁ זַיין אַזוֹיפִיל חִידוּשֵׁי תּוֹרָה אוּן אַזוֹיפִיל סְפָרִים.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ, מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט קֵיינְמָאל נִישְׁט וֶוערְן צוּבְּרָאכְן אוּן צוּפַאלְן פוּן אַלֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן וָואס גֵייט אוֹיף אַייךְ אַרִיבֶּער, אִיר זָאלְט נָאר אַנְטְלוֹיפְן צוּ דִי תּוֹרָה, אִיר זָאלְט לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיר זָאלְט מְחַדֵשׁ זַיין חִידוּשֵׁי תּוֹרָה, אוּן אַזוֹי וֶועט אִיר גֶערַאטֶעוֶועט וֶוערְן פוּן אַלֶע עֶרְלֵיי צָרוֹת אוּן יִסוּרִים, אוּן דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט אַייךְ גֶעבְּן נָאר רַחֲמִים וְחַסָדִים גְמוּרִים".


שטארק זיך מיט די עצה פון תפילה, נעם די עצה פון תפילה והתבודדות; מוהרא"ש זאגט (שם, אות יב): "אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר שְׁטַארְק אַז אִיר זָאלְט זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אֵייעֶר מַאמֶע לָשׁוֹן, אוֹיף דִי שְׁפְּרַאךְ וָואס אִיר זֶענְט צוּגֶעוואוֹינְט צוּ רֶעדְן, דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן רוּפְט דֶער רֶבִּי זַ"ל אָן 'הִתְבּוֹדְדוּת', דָאס מֵיינְט זִיךְ אוֹיס צוּ שְׁמוּעֶסְן מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְן.


דֶער אֱמֶת אִיז אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ טְרַאכְט גוּט אַרַיין זֶעט עֶר אַז קֵיינֶער קֶען אִים נִישְׁט הֶעלְפְן נִישְׁט בְּרוּחֲנִיוּת אוּן אוֹיךְ נִישְׁט בְּגַשְׁמִיוּת, נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אַלֵיין. עֶס אִיז פָּשׁוּט אַ שָׁאד זִיךְ צוּ פַארְלָאזְן אוֹיף מֶענְטְשְׁן, וֶועלְכֶע קֶענֶען סֵיי וִוי נִישְׁט הֶעלְפְן.


וֵויי אוּן בִּיטֶער אִיז וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ. וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיךְ מֶענְטְשְׁן קֶען מֶען פַארְלִירְן בֵּיידֶע וֶועלְטְן, סֵיי דִי וֶועלְט אוּן סֵיי יֶענֶע וֶועלְט, עֶס אִיז נִישְׁטָא צוּ וֶועם זִיךְ צוּ וֶוענְדְן נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, וַוייל קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ קֶען אוּנְז נִישְׁט הֶעלְפְן נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, דִי אֵיינְצִיגְסְטֶע פְּלַאץ וואוּ מֶען קֶען אַנְטְלוֹיפְן אִין פַאל פוּן אַ צָרָה אִיז נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דָאס בַּאגְלֵייט אַ מֶענְטְשׁ שְׁטֶענְדִיג סֵיי אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן סֵיי אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט. אַזוֹי וִוי אֵלִיָהוּ הַנָבִיא זָאגְט (תָּנָא דְבֵי אֵלִיָהוּ פֵּרֶק י"ג) 'לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת הֵם מְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁמַּגִּיעַ אֶל בֵּית עוֹלָמוֹ' - דָאס רֶעדְן אוּן שְׁמוּעֶסְן אַסַאךְ מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דָאס בַּאגְלֵייט דֶעם מֶענְטְשׁ אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.


אֵיינְמָאל אַ מֶענְטְשׁ גֶעוואוֹינְט זִיךְ צוּ צוּ רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, צוּ לֶעבְּן מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דַאן הָאט עֶר שׁוֹין נִישְׁט מוֹרָא פַאר קַיין שׁוּם זַאךְ. וַוייל אוֹיבּ גְלֵייבְּט עֶר אַז עֶר וֶוערְט אִינְגַאנְצְן גֶעפִירְט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן דַאן וֶוען עֶס גֵייט אִים גוּט, אִיז דָאךְ זִיכֶער גוּט, אוּן אֲפִילוּ וֶוען עֶס גֵייט אִים נִישְׁט גוּט, וֵוייסְט עֶר אוּן עֶר גְלֵייבְּט אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט זִיכֶער עֶפֶּעס אַ גוּטֶע חֶשְׁבּוֹן מִיט דֶעם, דָאס אִיז זִיכֶער פַאר זַיין טוֹבָה וֶועגְן.


פוּן דֶעסְט וֶועגְן טָאר מֶען קֵיינְמָאל נִישְׁט אוֹיפְהֶערְן צוּ בֶּעטְן, חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרָכוֹת י'.): 'אֲפִילוּ חֶרֶב חַדָה מוּנַחַת עַל צַאֲוָרוֹ שֶׁל אָדָם אַל יִמְנַע עַצְמוֹ מִן הָרַחֲמִים' - אֲפִילוּ וֶוען עֶס לִיגְט שׁוֹין אַ שַׁארְפֶע שְׁוֶוערְד אוֹיפְן הַאלְז פוּן אַ מֶענְטְשׁ, זָאל עֶר אוֹיךְ נִישְׁט אוֹיפְהֶערְן צוּ בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן. תְּפִלָה הֶעלְפְט שְׁטֶענְדִיג, אֲפִילוּ וֶוען עֶס אִיז שׁוֹין גֶעוָוארְן אָפְּגֶע'חַתְמְ'ט אַ שְׁלֶעכְטֶע גְזַר דִין אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ קֶען מֶען עֶס אוֹיךְ טוֹישְׁן מִיט תְּפִלָה, מִיט אַסַאךְ בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן,


אָבֶּער צוּ תְּפִלָה דַארְף מֶען אוֹיךְ הָאבְּן אַסַאךְ סַבְלָנוּת, אַסַאךְ גֶעדוּלְד. מֶען דַארְף בֶּעטְן אַסַאךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, מֶען דַארְף זִיךְ אוֹיסְגִיסְן דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אַזוֹי וִוי אַן אָרִימַאן בֶּעט זִיךְ אַ מַתְּנַת חִנָם, נִישְׁט וַוייל עֶס קוּמְט זִיךְ אִים. מֶען דַארְף בֶּעטְן מִיט גֶעדוּלְד אֵיינְמָאל אוּן נָאכְאַמָאל. אוּן אוֹיבּ הָאט מֶען גֶעדוּלְד אוֹיס צוּ וַוארְטְן אוֹיף דִי יְשׁוּעָה, דַאן וֶועט מֶען זוֹכֶה זַיין צוּ זֶען וואוּנְדֶערְלִיכֶע נִסִים וָואס דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט טוּן, מֶען וֶועט זֶען יְשׁוּעוֹת חוּץ לַדֶרֶךְ הַטֶבַע.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ אַז אִיר זָאלְט זֶען דָאס מְקַיֵים צוּ זַיין, אִיר זָאלְט זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן שְׁטֶענְדִיג צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן דַאן וֶועט אִיר נִישְׁט חֲרָטָה הָאבְּן, נִישְׁט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן נִישְׁט אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, נִישְׁט בְּרוּחֲנִיוּת אוּן נִישְׁט בְּגַשְׁמִיוּת. וֶוען מָשִׁיחַ וֶועט קוּמֶען וֶועט עֶר דָאס אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אַז יֶעדֶער זָאל רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אָבֶּער דַאן וֶועט שׁוֹין נִישְׁט זַיין קַיין בְּחִירָה, יֶעדֶער וֶועט שׁוֹין סֵיי וִוי רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אָבֶּער וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס הֵייבְּט שׁוֹין יֶעצְט אָן דָאס צוּ טוּן, וֶוען עֶס אִיז נָאךְ יָא דָא אַ בְּחִירָה. וֶוען אַ אִיד שְׁטַארְקְט זִיךְ שׁוֹין יֶעצְט צוּ רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ לֶעבְּן מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, וֶועט עֶר זִיכֶער זוֹכֶה זַיין צוּ אַלֶע גוּטֶע זַאכְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1467 - ווי אזוי האלט מען ערליך די קינדער, ווען די ארומיגע משפחה זענען אנדערש?
שלום בית, אחדות, חינוך הילדים, קדושה, מאוויס, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן ברוך ה' אין א ווארעמע ערליכע חסידישע שטוב, מיינע עלטערן האבן אונז זייער גוט מחנך געווען צו זיין שטאלץ מיט אידישקייט. אבער נאך מיין חתונה האב איך זיך דערזען פאר א נסיון, מיין ווייב איז ברוך ה' זייער ערליך און וואויל, אבער ביי איר משפחה איז מען נישט אזוי מקפיד אויף זאכן, מ'איז פארנומען מיט אסאך נארישקייטן, אריינגערעכנט מיט סמארטפאונס, סאשעל מידיא, און דאס גלייכן. איך פרוביר אנצוהאלטן מיין חסידישקייט און ערליכקייט, אבער ס'איז מיר זייער שווער צו זיין ביי מיין שווער אינדערהיים און זיין אנדערש פון יעדן, נישט קענען מיטהאלטן פון וואס זיי רעדן און שמועסן, דאס איז מיר א שווערע נסיון. יעדער זיצט מיט די כלים און מען שיקט זאכן איינער צום צווייטן, און איך שפיר מיך ווי א יון אין די סוכה, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


ספעציעל איז מיר שווער אויב מ'ווייזט דארט א ווידיא פאר די גאנצע משפחה, און די קינדער ווילן אויך מיטהאלטן, ווי אזוי האלט מען זיך ביי שטארקע גדרים, אן צו גרינגשעצן אין די משפחה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט זייער א הייקעלע און וויכטיגע שאלה, ווייל פון איין זייט דארף מען אכטונג געבן אויף שלום, מען זאל זיך נישט קריגן מיט משפחה און נישט גרינגשעצן אין עלטערן, און פון די אנדערע זייט דארף מען אכטונג געבן אויף זיך מען זאל בלייבן מיט יראת שמים, און אויך דארף מען אכטונג געבן אויף די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן מיט יראת שמים.


דער רבי האט אונז דערציילט אזא מעשה וואס דו האסט, מיט א חכם וואס האט נישט געוואלט אז זיינע קינדער זאלן פארפאלן גיין. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ג', מחיגר) עס איז אמאל געווען א חכם, און דער קיסר פון די לאנד איז געווען א גרויסער אפיקורס, איז געגאנגען דער חכם, ער האט גערופן די גאנצע משפחה און זיי געזאגט: "איר זעט דאך אז דער קיסר איז א גרויסער אפיקורס און האט שוין געמאכט די גאנצע מדינה פאר אפיקורסים, און א טייל פון אונזער משפחה האט ער שוין אויך געמאכט פאר אפיקורסים, בכן לאמיר אוועקגיין אין מדבר כדי מיר זאלן בלייבן מיט אונזער אמונה אין גאט ברוך הוא", זיי זענען געגאנגען צו א מדבר און דער חכם האט געמאכט א רינג ארום זיי אז קיינער זאל זיי גארנישט קענען שלעכטס טון.


מוהרא"ש זאגט (נהרי אפסרמון) די רינג איז די הייליגע אמונה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים פט, ט): "וֶאֱמוּנָתְךָ סְבִיבוֹתֶיךָ"; ווען א מענטש איז ארום גענומען מיט אמונה - קען אים קיינער נישט שלעכטס טון, ווייל די קליפות און מזיקים האבן נאר א שליטה ווען די אמונה איז אפגעשוואכט, דעמאלט האבן זיי א טיר אריין צו קומען צום מענטש, אבער ווער עס איז שטארק מיט אמונה - קען אים קיינער נישט שלעכטס טון.


אויך איז א רינג א סימן פון אחדות, אז מען מאכט א שטארקע רינג, מען לעבט בשלום, מען לעבט מיט ליבשאפט, מען איז מוותר איינער פאר'ן צווייטן, מען קריגט זיך נישט - דעמאלט האט די שלעכטס נישט קיין שליטה, דעמאלט קען קיינער נישט צעברעכן די שטוב. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נצבים, א): "בְּנֹהַג שֶׁבָּעוֹלָם, אִם נוֹטֵל אָדָם אֲגֻדָּה שֶׁל קָנִים, שֶׁמָּא יָכֹל לְשָׁבְרָם בְּבַת אַחַת" אז מען מאכט א בינטל פון אסאך שטעקענעס, קען מען דאס נישט צעברעכן, "וְאִלּוּ נוֹטֵל אַחַת אַחַת, אֲפִלּוּ תִּינוֹק מְשַׁבְּרָן", אבער אויב מען נעמט איין שטעקן באזונדער, קען דאס אפילו א קינד צעברעכן.


דאס איז די עצה פאר דיר און פאר אלע עלטערן וואס ווילן היטן די שטוב אז די קינדער זאלן בלייבן ערליך און אפגעהיטן, מען דארף שטארק ארבעטן עס זאל זיין שלום בית אין שטוב, דאס איז דער פונדאמענט פון די שטוב. מענטשן מיינען אז שלום בית איז א שיינע זאך, מען קוקט אויף דעם ווי א היינטיגע זאך, ווי א זאך וואס איז נישט בעצם א יסוד אין לעבן, אבער עס איז נישט אזוי, שלום בית איז די וויכטיגסטע זאך פאר א איד, מען קען נישט אויפציען קינדער נאר מיט שלום בית; קינדער וואס קומען פון א שטוב וואו עס איז דא א שטארקע רינג, טאטע מאמע האבן זיך ליב - וואקסן אויף ערליך און געזונט, און חס ושלום אויב מען קריגט זיך - איז דאס די ערגסטע זאך פאר זיי.


קינדער ווייסן און שפירן אויב עס איז דא ליבשאפט צווישן טאטע מאמע, מען קען זיך נישט מאכן, מען קען זיי נישט אפנארן, זיי ווייסן דאס נאך בעסער פון די עלטערן אליינס, און דאס איז די שטערקסטע זאך פאר זייער עתיד.


דערפאר, אז דו ווילסט היטן דיינע קינדער - זאלסטו זען צו טון וואס דער חכם האט געטון, מאך א רינג ארום דיין משפחה; זע עס זאל זיין ליבשאפט, פארברענג אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, דאס איז מער פון אלעס. קינדער וואס פארברענגען מיט די עלטערן דארפן נישט קיין ווידיאו"ס, אויך רעד אין שטוב פון אייבערשטן, דערצייל מעשיות פון תפילה, מעשיות פון השגחה פרטיות, שמועס ביי די שבת סעודות פון אייבערשטן - וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס און דו וועסט האבן ערליכע שיינע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1466 - יישר כח פאר'ן מיר געבן דעם סדר דרך הלימוד
סדר דרך הלימוד, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, און בפרט אויף די סדר דרך הלימוד פונעם רבי'ן.


ברוך השם איך קען יעצט זאגן אז איך האב דעם פארגאנגענעם שבת קודש געענדיגט די זיבעטע מאל ששה סדרי משנה, און די ערשטע מאל אלע פיר חלקים עצתו אמונה אויף אידיש.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי', דו נוצט דעם הייליגן רבינ'ס עצות, דו נעמסט די עצות אויף לעובדא ולמעשה.


לאז נישט אפ די משניות; לערן דאס אן א שיעור מאל. משניות וועט דיר ראטעווען, משניות מאכט ריין, משנות נעמט ארויס פון אלע פראבלעמען.


דער חיד"א זאגט (נחל קדומים) אויפ'ן פסוק (בראשית כח, טז): "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב מִשְּׁנָתוֹ", זאגט דער הייליגער חיד"א, 'ויקץ' איז א לשון פון ענדע, 'משנתו' - דאס איז משניות; דורך משניות קומט אן ענדע צו אלע צרות, מען ווערט אויסגעלייזט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1465 - ווילסט א ווייב אדער ווילסטו טשאלנט?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די חיים טובים, אז מען קען לעבן א שיינע לעבן, אפילו ווען מען דארף זיך איינבייגן דעם קאפ.


איך וויל דערציילן פאר דער ראש ישיבה, ביז מיין חתונה איז יעדע שבת געווען טשאלענט, איך האב נישט געקענט טראכטן עס איז דא אזא זאך א שבת אן טשאלענט. אבער נאך מיין חתונה, נאכדעם וואס מיין ווייב איז געווארן איבערגעשטרענגט מיט די קינדער, און איך האב אויך געארבעט שווער, און איך האב נישט געהאט א ראש ישיבה וואס זאל מיר לערנען ווי אזוי איר צו מאכען גוט שפירן, איז מיין ווייב געווארן זייער שוואך און די גאנצע שטוב איז געווארן אויס, און יעדע שבת וואס מיין ווייב האט נישט געמאכט קיין טשאלענט בין איך געווארן אויס מענטש.


ביז איך האב געטראפן דעם ראש ישיבה אין אומאן דריי יאר צוריק, איך האב דערציילט פאר'ן ראש ישיבה אלעס וואס גייט אריבער אין שטוב, איך האב געזאגט פאר די ראש ישיבה אז מיין ווייב מאכט אפילו נישט קיין טשאלנט, האט מיר די ראש ישיבה געפרעגט: "דו דארפסט א ווייב אדער דו דארפסט טשאלנט?", די פאר ווערטער האט מיר אסאך געטוישט, נישט נאר ביי טשאלנט נאר ביי אלעס.


פאריגע וואך שבת ביינאכט האב איך יא געהאט חלה, חריין, פיש און זופ, און שבת צופרי האב איך געהאט חלה און פיש און טשאלנט, אסאך וואכן האב איך נאר חלה און דיפס, לעצטנס האט מען אויך פיש יעדע שבת. בזכות דעם ראש ישיבה קוק איך נישט אויף וואס מען האט נישט, נאר איך בין זייער זייער זייער פרייליך מיט וואס עס איז יא דא.


היינט האב איך זיך אויך מחזק געווען מיט דעם וואס דער ראש ישיבה האט געזאגט, עס איז טאקע אסאך מאל זייער שווער מיט די ווייב אבער עס איז אסאך שווערער אן איר.


א גרויסן יישר כח אז איך אטעם נאך.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו קוקסט אויפ'ן לעבן מיט א גוטע בליק, דו לייגסט דאס לעבן אזוי ווי דער רבי לערנט אונז.


מוהרא"ש דערציילט, א איד איז געקומען צו רבי נתן זאגן אז ער וויל זיך גט'ן, ער קען מער נישט אויסהאלטן, ער זאגט אים: "איך ארבעט אזוי שווער א גאנצן טאג, איך ערווארט אז מיין ווייב זאל מיך אפווארטן מיט א גוטע מאלצייט, מיט א מסודר'דיגע שטוב, איך וויל זיך אביסל אפרוען; אבער ווען איך קום אהיים איז די שטוב איבערגעדריידט, די מיסט ליגט אינמיטן שטוב, נישטא קיין עסן, ועל כולם שרייט זי אויף מיר, זי לאזט נישט אטעמען", ער זאגט פאר רבי נתן: "גענוג איז גענוג, איך גיי זיך גט'ן פון איר, איך וויל מער נישט ליידן!" זאגט אים רבי נתן: "איך זאג דיר אנדערש, איך זאג דיר 'גט'ן איז נישט די עצה', עס וועט דיר זיין נאך אסאך ערגער אן א ווייב, איך האב פאר דיר א בעסערע עצה", רבי נתן רעדט צו אים ווייכע ווערטער, ער זאגט אים: "ווער זאגט דיר זאלסט אויסטראכטן אז דיין ווייב ווארט דיר אפ מיט ווארעמע עסן און א צאמגענומענע שטוב וכו' וכו', און ווען דו קומסט אהיים און עס איז נישטא קיין עסן און די שטוב איז נישט צאמגענומען - ווערסטו אנטוישט, דו ווערסט ברוגז; ענדערש זאלסטו זיך אויסטראכטן אז עס איז גארנישט דא אין שטוב, עס איז א חורבן אין שטוב, און ווען דו וועסט אהיים קומען און דו וועסט זען אז עס איז נישט אזוי ווי דו האסט זיך אויסגעמאלן - וועסטו ווערן פרייליך"; און אזוי האט רבי נתן אפגעהאלטן דעם איד פון צעברעכן זיין משפחה.


איך בעט דיר זייער, געב אכטונג אויף די געזונט פון דיין ווייב. אז מען איז מזלזל אין א ווייב קען זי פארלירן איר מח, די נערווען קענען זיך צערייסן השם ישמרינו; מען מיז אכטונג געבן אויף איר, בפרט ברסלב'ער חסידים וואס ביים רבי'ן איז געווען שלום בית זייער א וויכטיגע זאך - דארפן מער אכטונג געבן. ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "זֶה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע זוכט צו מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, ער וויל נאר מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אזוי קען ער גרינגער אראפווארפן דעם מענטש אין עבירות, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, אזוי ווארפט ער זיי אראפ אין שמוציגע עבירות.


מאך פרייליך דיין ווייב, עס איז די מצוה פונעם מאן פרייליך צו מאכן אין שטוב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה ו:): "אִשָׁה בַּעְלָהּ מְּשַׂמְחָהּ", דער מאן האט א מצוה פרייליך צו מאכן אין שטוב; זאלסט איר האלטן טייער, זאלסט רעדן צו איר שיין.


די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בִּכְבוֹד אִשְׁתּוֹ", מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב, "שֶׁאֵין בְּרָכָה מְצוּיָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם אֶלָּא בִּשְׁבִיל אִשְׁתּוֹ", ווייל די ברכה אין שטוב איז אין איר זכות, אזוי ווי עס שטייט (בראשית יב, טז): "וּלְאַבְרָם הֵיטִיב בַּעֲבוּרָהּ", "וְהַיְנוּ דְאָמַר לְהוּ רָבָא לִבְנֵי מְחוֹזָא", אזוי ווי דער הייליגער אמורא רבא פלעגט זאגן פאר די מענטשן פון די שטאט מחוזא: "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְיכוּ", זייט מכבד ענקערע ווייבער, "כִּי הֵיכִי דְתִתְעַתְּרוּ", אזוי וועט איר רייך ווערן; דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", די עשירות קומט בזכות די ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1464 - דארף מען באקן חלות לכבוד שבת דוקא אום פרייטאג?
שבת קודש, חיזוק פאר פרויען, חלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך זייער משתדל צו מאכן יעדע וואך היימישע חלות לכבוד שבת, איך מאך עס געווענליך דאנערשטאג, און בשעת איך גרייט אן די טייג בעט איך דעם אייבערשטן אז ווער עס עסט פון די חלות זאל האבן אין דעם די בעסטע טעמים, וויטאמינען, מיניראלען, און כח, געשמאק און זיסקייט אין לעבן אין רוחניות און אין עבודת ה', גוטע מידות, און אזוי ווייטער.


סיי איך פריי זיך מיט די תפילות וואס איך בעט, און אוודאי וועגן די גרויסע מצוה פון הפרשת חלה וואס מען קען דעמאלט שטארק פועל'ן ווייל עס איז מער אן עת רצון.


פארגאנגענע וואך האט מיר איינער געזאגט אז איר מאן האט איר געזאגט אז עס שטייט אז די מצוה פון באקן חלות איז דוקא אום פרייטאג ערב שבת, האב איך געוואלט פרעגן אויב איז דאס ריכטיג? מיר קומט נישט אויס עס צו קענען טון אום ערב שבת, מיט די קליינע קינדער און נאך פילע אנדערע ארבעט, און זיכער נישט אין די קורצע פרייטאגס פון ווינטער, עס וועט זיין אויפ'ן חשבון פון מקבל זיין דעם שבת פרי און האבן ווייניגער לחץ.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען פון ראש ישיבה א קלארקייט אין די מצוה פון הפרשת חלה.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל אויף אלע חיזוקים און הערליכע שיעורים, עס איז מחיה מיר מיט מיין מאן און די גאנצע שטוב.


גוט שבת

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז עס קומט אייך אויס גרינגער צו זיין גרייט אויף שבת דורכן באקן די חלות דאנערשטאג און נישט פרייטאג - איז דאס נישט קיין פראבלעם; אדרבה, מיט דעם וואס איר באקט נישט פרייטאג נאר א טאג פריער - זענט איר מכבד אזוי דעם שבת.


בפרט יעצט ווינטער ווען דער זמן איז זייער פרי - דארף מען אכטונג געבן נישט צו קומען צו קיין חילול שבת; מען דארף אנגרייטן וואס מען קען פון פריער כדי מען זאל קענען זיין גרייט אין צייט.


ביים רבי'ן האט מען געצינדן שבת ליכט פריער פונעם זמן, מען האט אפגעווארט דעם שבת.


וואויל איז דעם וואס טוט אלעס כדי צו קענען זיין גרייט אין צייט אויפצונעמען דעם שבת קודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1463 - פארוואס ווען איך מאך התבודדות, דוקא דעמאלט ווערט מיר שווערער?
התחזקות, קשיות, התבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פלעג מאכן התבודדות, אבער איך האב אויפגעהערט דאס צו טון, ווייל איך האב באמערקט זייער אן אינטערסאנטע זאך וואס פאסירט ווען איך מאך התבודדות.


איך פלעג דערציילן יעדע נאכט פאר'ן אייבערשטן ווי אזוי מיין גאנצע טאג איז פארביער, אין אזוי בין איך איינגעשלאפן. איין נאכט האב איך זיך דערמאנט אז איך האב שוין לאנג נישט גערעדט צום אייבערשטן, אין איך האב אים דאן דערציילט מיין טאג. די קומענדיגע טאג האב איך אבער געוויינט פאר גארנישט, און איך געדענק אז איך האב געזאגט פאר'ן אייבערשטן, אז די גאנצע צייט וואס איך האב נישט גערעדט צו אים איז אלעס געווען גוט, נאר די רגע וואס איך הויב אן רעדן צו אים, שוין וויין איך.


אפאר מאל אויב איך וויל עפעס, האלט איך זיך איין פון בעטן דעם אייבערשטן, ווייל ווען איך בעט נישט איז אלעס גוט. איינמאל איז עפעס נישט געגאנגען אזוי ווי איך האב געוואלט, און איך געדענק אז איך האב געטראכט אז ס'איז א שאד אז איך האב געבעטן. איך טראכט אז אויב איך וואלט נישט געבעטן אפשר וואלט אלעס גוט געווען.


אבער וואס פאסירט נאכדעם איז אז איך ווער אויפגערעגט אויפ'ן אייבערשטן. איך וויל באקומען אביסל חיזוק אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען א מענטש פאלט אריין אין א קאומע השם ישמרינו, קען אויך אויסקוקן אז אלעס איז גוט; מען וויינט נישט, מען לאכט נישט, מען שפירט גארנישט. אדער ווען מען שלאפט, דעמאלט שפירט מען אויך גארנישט, מען וויינט נישט, מען לאכט נישט, מען דארף נישט, אלעס איז גוט; וועט א מענטש טראכטן: 'הלוואי פאל איך אריין אין א קאומע'? אדער: 'הלוואי שטיי איך נישט אויף'? עס איז דא מענטשן וואס זענען אזוי דערביטערט אז זיי ווילן טאקע זיין אין א קאומע, זיי ווילן נישט אויפשטיין, אבער א געזונטער מענטש וויל יא אויפשטיין, אפילו אפשר וועט ער היינט וויינען, אפילו ער וועט האבן א דורכפאל - דאך וויל מען לעבן.


די זעלבע זאך איז דאס רעדן צום אייבערשטן; ווען מען רעדט צום אייבערשטן וועקט זיך דער מענטש אויף פון שלאף, ווילאנג א מענטש רעדט נישט צום אייבערשטן און טראכט נישט פון אייבערשטן - איז ער אזוי ווי אין א קאומע; אפילו ער גייט און קומט, טוט און מאכט - איז אלעס אזוי ווי אין חלום, מען איז נישט אויף; ווען מען הייבט אן לעבן מיט'ן אייבערשטן - דערוועקט מען זיך, מען הייבט אן זיין וואַכעדיג.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט נישט פארגעסן פון אים און טוט ווייטער אייער אלטע הנהגה פון איבערשמועסן די טאג מיט'ן אייבערשטן; יעדן טאג זאלט איר איבערגעבן אייער טאג צום אייבערשטן, אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג תהלים.


רעדן צום אייבערשטן לייזט אויס דעם מענטש פון זיין אייגענע גלות, זיין אייגענע תפיסה; עס היילט אויס דעם מענטש, מען ווערט געזונט, מען באקומט כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1462 - ווי אזוי פארענטפערט מען די קשיות פון די קינדער?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות, קשיות, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב איין זון וואס וואקלט זיך אביסל אין ערליכקייט, און ברוך ה' אז ס'איז דא נאך קינדער סיי יונגער און סיי עלטער פון אים. לעצטנס האט ער זיך געקויפט א נישט כשר'ע טעלעפאן, די אנדערע קינדער הויבן אן פרעגן וואס איז פשט פון דעם וואס ער האט דאס, און אויך רעדן זיי זיך אפ אז די קינדער פון זייער קלאס מאכן חוזק פון זיי אז זייער ברודער האט טריפה'נע זאכן; ווי אזוי ערקלער איך דאס פאר די קינדער אויף א קלוגע פארשטענדליכע וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט אלע פראגעס וואס קינדער פרעגן - דארף מען ענטפערן, ווען זיי פרעגן אזעלכע הייקעלע פראגעס דריידט מען זיך ארויס מיט חכמה.


קינדער זוכן אלץ די סארט תירוצים; פארוואס יענער מעג יא און איך טאר נישט? פארוואס דארף איך גיין שלאפן ווען א צווייטער איז נאך אויף? קינדער זוכן זיך שטענדיג ארויסצודרייען מיט די טענה פארוואס יענער מעג און מיר טארן נישט; די ריכטיגע וועג איז צו זאגן: "וואס קוקסט אויף א צווייטן? דו דארפסט טון וואס איז ריכטיג; וואס יענער טוט - האט גארנישט מיט דיר".


אז די קינדער קומען אהיים זאגן אז מען טשעפעט זיי אין חדר - דארפסטו רעדן מיט'ן מלמד און מיט'ן מנהל זיי זאלן מחנך זיין די קינדער, זיי אויסלערנען נישט צו טשעפען א צווייטן.


עלטערן דארפן אסאך וויינען צום אייבערשטן אויף ערליכע קינדער. מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלעכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפולט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1461 - וואס וועלן פרויען מיטנעמען אויף יענע וועלט?
חיזוק פאר פרויען, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מען זאגט אלעמאל פאר די מענער אז זיי וועלן מיטנעמען מיט זיך די בלעטער גמרא, משניות, תפילין, לערנען און דאווענען, אויף יענע וועלט; וואס איז מיט די פרויען? וואס וועלן זיי מיטנעמען? מיר האבן נישט די אלע זאכן אונז צו באגלייטן אויף יענע וועלט, וואס די זאכן זענען דאך די עסן און טרינקען אויף יענע וועלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה פרעגן שוין די שאלה (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן?" מיט וואס פאר א זכותים וועלן פרויען זוכה זיין צו די וועלט און יענער וועלט, פרויען האבן דאך נישט קיין לימוד התורה? "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא", מיט דעם וואס זיי טראגן די קינדער צו לערנען תורה, "וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן; וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", און מיט דעם וואס זיי העלפן זייערע מענער צו קענען לערנען, דאס איז זייער שכר.


די תורה וואס קינדער לערנען אין תלמוד תורה, די תורה וואס די בחורים לערנען, - איז אלעס בזכות די אידישע מאמעס וואס זיי שיקן די קינדער לערנען און ווארטן זיי אפ ביים אהיים קומען פון לערנען; זיי געבן זיי עסן, זיי זארגן פאר זיי, און אזוי אויך די תורה וואס אינגעלייט לערנען - איז אלעס בזכות די פרויען וואס זיי העלפן די מענער זאלן קענען לערנען.


פרויען דארפן וויסן אז זיי האבן באקומען א גרעסערע צוזאג ווי די צוזאג פאר די מענער, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות, שם): "גְּדוֹלָה הַבְטָחָה שֶׁהִבְטִיחָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לַנָּשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים", דער אייבערשטער האט זיי צוגעזאגט א גרעסערע צוזאג ווי פאר די מענער, דער נביא זאגט (ישעיה לב, ט): "נָשִׁים שַׁאֲנַנּוֹת קֹמְנָה שְׁמַעְנָה קוֹלִי בָּנוֹת בֹּטחוֹת הַאְזֵנָּה אִמְרָתִי", דער נביא רופט אן די ערליכע פרויען מיט א טאפלטע לשון, דאס ווייזט אז זיי זענען אנגעגרייט סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענער וועלט צו אן אייביגע גוטע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1460 - זאלן מיר פארקויפן די צירונגען, ווען מיר האבן נישט קיין פרנסה?
שלום בית, שבת קודש, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, פרנסה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר מוטשען זיך יעצט זייער שטארק מיט פרנסה, האב איך געוואלט פרעגן אויב ס'איז כדאי איך זאל פארקויפן מיינע עכטע צירונגען און נוצן דאס געלט פאר אונז? אויך וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען העלפן מיין מאן מיט פרנסה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארקויפט נישט אייערע צירונג; זייטס ענק ביידע מחזק מיט אמונה אינעם אייבערשטן, דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט ענק - וועט דער אייבערשטער ענק געבן שפע, עס וועט ענק נתרחב ווערן די פרנסה.


מוהרא"ש זאגט: "שמחה ברענגט פרנסה", אז מען פריידט זיך און מען מאכט פרייליך אנדערע - דאס ברענגט פרנסה; אז איר ווילט העלפן אייער מאן מיט פרנסה - זאלט איר אים פרייליך מאכן, אים אויפבויען; געבט אים גוטע ווערטער, זייט אים מחזק - דאס וועט אים געבן מוט, עס וועט אים פרייליך מאכן און איינמאל מען איז פרייליך - קומט גרויס שפע.


ווען איר צינדט די שבת ליכט זאלט איר בעטן ביי די ליכט אין אייער שפראך, האלטס די הענט אויף די אויגן און וויינט צום אייבערשטן, זאגט אים אלעס וואס טוט אייך וויי. אזוי אויך ווען איר טוט אנדערע מצות, איר שיידט אפ חלה, אדער ווען איר גייט וכו' - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אין אייער שפראך מיט אייערע ווערטער ארויס פון הארץ אויף אלעס וואס דרוקט אייך, וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1459 - זאל איך קויפן א נייע טלית, אדער בלייבן מיט די אלטע?
תכלית, טלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פלעג קויפן א נייע טלית יעדע שטיק צייט, אז ס'זאל אלץ זיין שיין און ריין, לעצטנס האט מיר אבער איינער געזאגט אז איך זאל עס נישט טון ווייל ווי אזוי וועסטו אויסזען מ'וועט דיך אריינלייגן אין קבר מיט א נייע טלית? פארוואס זאלסטו נישט מיטנעמען די טלית וואס דו האסט אין דעם געדאווענט אלע יארן? מען זעט אז עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געהייסן אריינלייגן זאכן אין זייער קבר. איז דאס גערעכט אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טראכט נישט ווי אזוי דו וועסט אויסקוקן ווען מען וועט דיר אריינלייגן אין קבר מיט א נייע טלית, מיט אן אלטע טלית; טראכט 'ווי אזוי וועל איך אויסקוקן ווען מען וועט מיר אריינלייגן אין קבר, וואס וועל איך מיט נעמען מיט מיר?'


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג) "בָּעוֹלָם הַבָּא מֻנָּחִין כַּמָּה בְּנֵי אָדָם בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים בְּקוֹל מַר", אויבן אין הימל זענען דא נשמות וואס שרייען מיט א ביטערע קול: "תְּנוּ לָנוּ מַה לֶּאֱכֹל", געבט אונז עסן מיר זענען הונגעריג, געבט אונז טרינקען מיר זענען דורשטעריג, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים לָהֶם: 'הֲרֵי לָכֶם אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה, אִכְלוּ וּשְׁתוּ'", מען ברענגט זיי עסן, מען זאגט זיי דא האט איר פיינע עסן, מען ברענגט זיי טרינקען און מען זאגט זיי דא האט איר פיינע טרינקען, "וְהֵם מְשִׁיבִים: 'לֹא לֹא, אֵין אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה זֹאת, רַק אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה שֶׁל תּוֹרָה וַעֲבוֹדָה'", די נשמות שרייען ניין, ניין, נישט דאס מיינען מיר, נישט די עסן, מיר דארפן עסן פון לערנען און דאווענען, "וְכֵן מֻנָּחִים כַּמָּה בְּנֵי אָדָם עֲרֻמִּים בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים גַּם כֵּן מְאֹד", נאכדעם זענען דא נשמות וואס שרייען: "תְּנוּ לָנוּ בַּמֶּה לְהִתְכַּסּוֹת", ברענגט אונז קליידער, מיר דארפן זיך צודעקן, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים: 'הֲרֵי לָכֶם מַלְבּוּשִׁים'", מען ברענגט זיי קליידער, מען זאגט זיי דא האט איר קליידער, "וְהֵם מְשִׁיבִים: 'לֹא, אֵין אֵלּוּ מַלְבּוּשִׁים נִצְרָכִים לָנוּ כְּלָל'", זאגן זיי ניין, ניין, נישט די סארט קליידער דארפן מיר, "רַק אָנוּ צְרִיכִים מִצְווֹת וּמַעֲשִׂים טוֹבִים לְהִתְלַבֵּשׁ בָּהֶם", מיר דארפן קליידער פון מצוות און מעשים טובים.


און דער רבי פירט אויס: "אַשְׁרֵי מִי שֶׁזּוֹכֶה לֶאֱכֹל כַּמָּה פְּרָקִים מִשְׁנָיוֹת וְלִשְׁתּוֹת אַחַר כָּךְ אֵיזֶה קַפִּיטְלִיךְ תְּהִלִּים, וּלְהִתְלַבֵּשׁ בְּאֵיזֶה מִצְווֹת", וואויל איז דער מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות און מעשים טובים.


אנשטאט טראכטן ווי אזוי דו וועסט אויסקוקן מיט א נייע טלית, מיט אן אלטע טלית, טראכט: 'וואס וועל איך ענטפערן פאר'ן שומר הפתח ווען ער וועט אויסרופן הויך פאר אלע נשמות: הייב אן זאגן אלע פסוקים חומש און פרקים משניות וואס דו האסט געלערנט'? עס וועט דאך זיין אזא בושה ווען מען וועט נישט קענען עפענען דאס מויל... חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, א): "מִכָּאן אָמְרוּ, שֶׁיִּקְרָא אָדָם שֶׁיְּהֵא תָּפוּס בְּיָדוֹ", א מענטש זאל זען צו לערנען חומש און משניות, "כְּדֵי שֶׁלֹּא תַּשִּׂיגֶנּוּ בּוּשָׁה וּכְלִמָּה", ער זאל נישט פארשעמט ווערן, "בְּשָׁעָה שֶׁאוֹמְרִים לוֹ עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", ווען מען וועט אים אויסרופן ער זאל קומען זאגן וואס ער האט געלערנט.


דו קענסט קויפן א נייע טלית, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קלג:) אויפ'ן פסוק (שמות טו, ב): "זֶה אֵלִי וְאַנְוֵהוּ", 'עֲשֵׂה לְפָנָיו צִיצִית נָאָה', עס איז א מצוה צו האבן א שיינעם טלית; אויך דארף מען אכטונג געבן אז די ציצית און די טלית זאלן זיין ריין און שיין, אז מען גייט מיט א ריינע ציצית, מיט א ריינע טלית - ווייזט מען אז די מצוות פונעם אייבערשטן זענען חשוב און טייער ביים מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#1458 - וואס מיינט אז מ'זאל נישט טרונקען וואסער פאר א רבים?
דרך ארץ, מדות טובות, עסן, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער רבי זאגט אין ספר המדות (אכילה, אות ט') "אין שותין מים בפני רבים", מ'זאל נישט טרונקען וואסער פאר אסאך מענטשן. האב איך געוואלט פרעגן וואס דאס מיינט, איז דאס איבעראל וואו ס'געפונען זיך מענטשן, אדער נאר ווען מ'געבט א דרשה פאר מענטשן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער מקור איז פון די הייליגע חכמים וואס זאגן (בכורות מד:): "אֵין שׁוֹתִין מַיִם בִּפְנֵי רַבִּים", מען זאל נישט טרינקען קיין וואסער פאר מענטשן, רש"י זאגט (דבור המתחיל ואין שותין): "דְּדֶּרֶךְ תַּלְמִיד חָכָם לִהְיוֹת צָנוּעַ בַּאֲכִילָה וּבִשְׁתִיָּה", די וועג פון ערליכע אידן איז צו עסן און טרינקען איידל.


מוהרא"ש זאגט, דאס מיינט מען דאס וואס מען קען זען א מענטש קויפט זיך א באטל טרינקען און שטייט פאר מענטשן און טרינקט פון באטל ווי א זולל וסובא, דאס איז נישט איידל; דעריבער, אז מען קויפט זיך א טרינק - זאל מען זיך אוועק דרייען דאס פנים פון די מענטשן און אזוי טרינקען מיט דרך ארץ, נישט אזוי ווי מענטשן פירן זיך אומאיידל, מען טרינקט פון באטל און פון א קען יענעם אין פנים אריין, דאס איז נישט איידל.


דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקטו): "לֶאֱכֹל בִּמְתִינוּת בְּיִשּׁוּב הַדַּעַת וּבְדֶרֶךְ אֶרֶץ כְּדֶרֶךְ שֶׁאוֹכְלִין בְּדֶרֶךְ אֶרֶץ כְּשֶׁיּוֹשֵׁב אָדָם חָשׁוּב עַל הַשֻּׁלְחָן, כָּךְ יֹאכַל תָּמִיד אֲפִלּוּ כְּשֶׁאוֹכֵל לְבַדּוֹ", ווען מען עסט, אפילו מען איז אליינס - זאל מען טראכטן אזוי ווי מען זיצט מיט א חשוב'ער מענטש ביים טיש, אזוי וועט מען אלץ עסן איידל; אזוי אויך ביים טרינקען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#1457 - ווי אזוי שטארק מען זיך ווען מ'מוטשעט זיך מיט'ן אנהויבן א ביזנעס?
התחזקות, שלום בית, פרנסה, דאווענען, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


מיין מאן זאל זיין געזונט איז זייער פארנומען מיט א נייע ביזנעס וואס ער האט לעצטנס געעפנט, ער פילט ווי דאס רויבט אים אוועק זיין רוחניות און גשמיות, די צייט צו פארברענגען מיט די משפחה, און אזוי ווייטער נעמט מען דאס צו ממש אלעס אין לעבן. ער האט אזוי חרטה פאר'ן אריינשפרינגען אין די גאנצע זאך, ער וואלט אזוי שטארק געוואלט צוריקציען, אבער יעצט איז ער שוין שטעקן געבליבן מיט א געשעפט וואס האט קוים אנגעהויבן זיך רירן, און מיט אסאך גרויסע חובות.


די ביזנעס האט א גרויסע מעגליכקייט שטארק מצליח זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אבער דערווייל גייט עס זייער שווער. מיט וואס קענען מיר זיך מחזק זיין?


ביטע ענטפערט אונז ווי שנעלער ווייל מיר דארפן קריטיש אביסל חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מחזק אייער מאן ער זאל ארייננעמען דעם אייבערשטן אין די נייע ביזנעס. אז מען עפנט א ביזנעס מוז עס זיין מיט'ן אייבערשטן, נאר אזוי איז מען מצליח.


אינדערפרי איידער מען גייט אריין אין די ביזנעס דארף מען גיין אין שול דאווענען צום אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מצליח זיין, אזוי אויך זאל ער האבן א צדקה פושקע ביי די ארבעט און אריינלייגן שטענדיג פרוטות און בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין הצלחה, אזוי אויך בשעת מען איז פארנומען מיט די ביזנעס - זאל מען זיך מתבודד זיין, רעדן צום אייבערשטן, אים בעטן אלעס זאל מצליח זיין; נאר אזוי קען מען מצליח זיין.


זייט מחזק אייער מאן; מוטיגט אים, שטארקט אים, מאכט אים פרייליך - וועט ער מצליח זיין.


מוהרא"ש זאגט, די הייליגע שם פון פרנסה, חת"ך – איז די סופי תיבות פון (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ' אֶת' יָדֶךָ'"; אויך איז דאס די סופי תיבות פון (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'"; שמחה ברענגט גרויס עשירות.


פארלירט אייך נישט, וועט איר מצליח זיין.

#1456 - ווי אזוי קען איך מוחל זיין מענטשן וואס האבן מיר שלעכטס געטון?
מחלוקת, אמונה, צרות, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט ביי א שיעור ווי דער ראש ישיבה זאגט אז ער האט נישט קיין שום שווער הארץ אויף קיינעם, אפילו אויף די וואס האבן שטארק שאדן געמאכט אדער פארשעמט דעם ראש ישיבה. איך בין געווענליך מוחל גלייך ווען איינער איז מיר מצער, אבער ס'זענען דא עטליכע מענטשן וואס האבן מיך זייער פארשעמט און דערנידערט, ממש חרוב געמאכט מיין לעבן, אלעס נאר פאר זייערע אייגענע אינטערעסן, נישט ווייל איך האב זיי געטון סיי וועלכע שלעכטס, און איך קען זיי בשום אופן נישט מוחל זיין. מוהרא"ש זי"ע האט מיר געזאגט אז איך וועל נאך זען אז זיי וועלן נאך באצאלן אויף די וועלט אויף דעם וואס זיי האבן מיר געטון, און זיי האבן מיך קיינמאל נישט איבערגעבעטן. בין איך מחויב זיי מוחל צו זיין? און אויב יא, ווי אזוי קען איך דאס באווייזן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הער א מעשה פון הייליגן זוהר (פרשת מקץ, רא:): "רֶבִּי אַבָּא הֲוָה יָתִיב אֲתַרְעָא דְּאַבָּבָא דְלוֹד", דער הייליגער צדיק רבי אבא איז אמאל געזיצן ביים אריינגאנג צום שטאט לוד, "חָמָא חַד בַּר נָשׁ דְּהֲוָה אָתֵי, וְיָתִיב בְּחַד קוּלְטָא דְּתָלָא דְאַרְעָא", ער האט געזען א מענטש וואס איז געזיצן אויף א שטיין, "וְהֲוָה לָאֵי מֵאָרְחָא, וְיָתִיב וְנָאִים תַּמָּן", דער מענטש איז געווען אפגעמאטערט פון גיין אין וועג און ער האט זיך דארט אפגערוט, ער האט זיך געלייגט שלאפן, "אַדְּהָכִי חָמֵי חַד חִוְיָא, דְּהֲוָה אָתֵי לְגַבֵּיהּ", בשעת דער מענטש איז געשלאפן זעט רבי אבא ווי א שלאנג קומט צו גיין צום דעם מענטש, "נָפַק קוֹסְטְפָא דְגוּרְדְּנָא, וְקָטִיל לֵיהּ לְחִוְיָא", איז אראפגעפאלן א צווייג פון בוים און גע'הרג'עט דעם שלאנג, "כַּד אִתְעַר הַהוּא בַּר נָשׁ, חָמָא הַהוּא חִוְיָא לְקֳבְלֵיהּ, דְּהֲוָה מִית", ווען דער מענטש האט זיך אויפגעוועקט האט ער געזען נעבן זיך דעם טויטן שלאנג, "אִזְדַּקַּף הַהוּא בַּר נָשׁ, וְנָפַל הַהוּא קוּלְטָא לְעוּמְקָא דִּתְחוֹתוֹי וְאִשְׁתֵּזִיב", און ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט פון די שטיין אויף וואס ער איז געזיצן האט זיך דער שטיין אראפגעקוילערט אראפ א טיפע טאל, וואס אויב וואלט דער מענטש געבליבן זיצן נאך איין רגע וואלט ער אראפגעפאלן אינאיינעם מיט'ן שטיין און ער וואלט געשטארבן, "אֲתָא רֶבִּי אַבָּא לְגַבֵּיהּ, אָמַר לֵיהּ, אֵימָא לִי מָאן עוֹבָדָךְ, דְּהָא קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא רָחִישׁ לָךְ אִלֵּין תְּרֵין נִסִּין", האט זיך רבי אבא פארוואונדערט, ער גייט צום מענטש און פרעגט אים, זאג מיר וואס זענען דיינע גוטע מעשים וואס דו טוסט? איך זע אז דער אייבערשטער האט דיר געהיטן, עס האט פאסירט צוויי גרויסע ניסים מיט דיר, "לָאו אִינוּן לְמַגָּנָא", עס איז זיכער נישט אומזיסט, "אָמַר לֵיהּ הַהוּא בַּר נָשׁ, כָּל יוֹמָאי לָא אַשְׁלִים לִי בַּר נָשׁ בִּישָׁא בְּעַלְמָא, זאגט אים דער איד, מיין גאנץ לעבן אויב איינער האט מיר געטון שלעכטס, "דְּלָא אִתְפַּיַּיסְנָא בַּהֲדֵיהּ, וּמָחִילְנָא לֵיהּ", האב איך זיך גלייך איבערגעבעטן מיט יענעם און יענעם מוחל געווען, "וְתוּ, אִי לָא יָכִילְנָא לְאִתְפַּיְיסָא בַּהֲדֵיהּ, לָא סָלִיקְנָא לְעַרְסִי, עַד דְּמָחִילְנָא לֵיהּ, וּלְכָל אִינוּן דִּמְצַעֲרוּ לִי", און אויב האב איך זיך נישט איבערגעבעטן מיט יענעם בין איך נישט אריין אין בעט זיך לייגן שלאפן ביז איך האב יענעם מוחל געווען און פאר אלע וואס האבן מיר וויי געטון, "וְלָא חַיְישָׁנָא כָּל יוֹמָא לְהַהוּא בִּישָׁא דְּאַשְׁלִים לִי", און איך האב מער נישט געטראכט פון וואס זיי האבן מיר געטון, "וְלָאו דִּי לִי דָא", נישט נאר דאס, "אֶלָּא דִּמְהַהוּא יוֹמָא וּלְהָלְאָה, אִשְׁתַּדַּלְנָא לְמֶעְבַּד עִמְּהוֹן טָבָא", נאר אויך פון דעמאלט האב איך פרובירט צו טון מיט די מענטשן וואס האבן מיר וויי געטון - נאר גוטס. פירט אויס דער הייליגער זוהר: "בָּכָה רֶבִּי אַבָּא וְאֲמַר", רבי אבא האט געוויינט פאר שמחה און געזאגט "יָאוֹת הוּא דְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא יַרְחִישׁ לֵיהּ נִיסָּא עַל נִיסָּא", יעצט פארשטיי איך פארוואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט דיר אזעלכע גרויסע ניסים, דו ביסט ווערד עס זאל מיט דיר פאסירן נאך און נאך ניסים.


נעם אריין אין דיר 'אלעס איז דער אייבערשטער, קיינער קען נישט שלעכטס טון און קיינער קען נישט גוטס טון; אלעס וואס גייט אריבער - איז וואס איך דארף אריבער גיין, דער וואס טוט שלעכטס - וועט דער אייבערשטער זיך מיט אים פאררעכענען, און דער וואס טוט גוטס וועט באקומען גוטס' - וועסטו נישט האבן אויף קיינעם קיין שווער הארץ.


חזר די שטיקל צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ח) וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט, וועט דיר אלעס גיין גרינגער; חזר דאס יעדן טאג:


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיךְ בֶּעט אַייךְ אִיר זָאלְט זִיךְ שְׁטַארְקְן מִיט דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, שְׁטֶענְדִיג זָאלְט אִיר הַאלְטְן פַאר דִי אוֹיגְן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִיר זָאלְט קֵיינְמָאל נִישְׁט קוּקְן אוֹיף אַ צְוֵוייטְן. דִי וֶועלְט אִיז נִישְׁט אֵייעֶרְס, נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ נִישְׁט זָארְגְן פַאר אַ וֶועלְט וָואס גֶעהֶערְט נִישְׁט צוּ אַייךְ. אִיר דַארְפְט אַייךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט מְבַלְבֵּל זַיין פוּן אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן, נִישְׁט קוּקְן אוֹיף קַיין אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן. וָואס אִיר דַארְפְט הָאבְּן זָאלְט אִיר זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן אוּן צוּ בֶּעטְן נָאר פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אִידִישׁ, אָדֶער אוֹיף סֵיי וֶועלְכֶע שְׁפְּרַאךְ אִיר זֶענְט צוּגֶעוואוֹינְט צוּ רֶעדְן.


דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן בּוֹיעֶט אוֹיף דִי אֱמוּנָה פוּנֶעם מֶענְטְשׁ, מִיט דֶעם וָואס אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר בֶּעט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַלֶעס וָואס עֶר דַארְף, מִיט דֶעם וַוייזְט עֶר אַז עֶר וֵוייסְט אוּן גְלֵייבְּט קְלָאר אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקַייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1455 - וואס מיינט מיין שרעקעדיגע חלום?
תשובה, חלומות, גאווה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין עצתו אמונה די לעצטע צוויי וואכן אז חלומות זענען גארנישט, אבער איך האב די נאכט גע'חלומ'ט אז איינער פון מיין ברידער זענען נפטר געווארען פון "אווערדאוז". איך בין זייער דערשראקן און וויל וויסן אויב דאס איז אויך א חלום וואס מיינט גארנישט.


איך וואלט מיך זייער געפריידט, אויב דער ראש ישיבה שליט"א וואלט מיר געקענט ענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות גאוה, סימן יט): "מַבְהִילִין אֶת הָאָדָם בַּחֲלוֹמוֹת, כְּדֵי לְהָסִיר מִמֶּנּוּ גַּאֲוָה שְׁקוּעָה, שֶׁהוּא מְכֻסָּה מִמֶּנּוּ, שֶׁאֵינוֹ מַכִּיר בָּהּ", מען דערשרעקט א מענטש אין חלום אראפ צו קלאפן זיין גאווה, אים צוריק צו ברענגען צום אייבערשטן; נאך א שרעקעדיגע חלום נעמט מען א תהילים, מען בעט דעם אייבערשטן, מען טוט תשובה, מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן.


זיי נישט דערשראקן; זאג די ווערטער: "הַחֲלוֹמוֹת שָׁוְא יְדַבֵּרוּ"; דער רבי זאגט (ספר המדות אות חלום, סימן א): "לַחֲלוֹם רָע תֹּאמַר בַּבֹּקֶר: 'הַחֲלוֹמוֹת שָׁוְא יְדַבֵּרוּ'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1454 - וואס איז די עצה נישט מורא צו האבן פון די ווילדע אויטאס?
חיזוק פאר מיידלעך, תפילות אויף אידיש, פחדים, צדקה, מזוזה, שטעטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הייס ... איך וואוין אין ברסלב ליבערטי און איך לערן אין בית פיגא סקול, איך האב זייער ליב די סקול, יישר כח ראש ישיבה פאר אזא גוטע סקול.


איך האב געוואלט פרעגן, איך האב זייער מורא פון עי טי ווי'ס וואס פארן דורך נעבן מיין הויז, עס מאכט א הויכע גערודער און עס דערשרעקט מיר זייער, איך האב געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר מיר.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


צו די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געוואוינט זיך צו פאר איר גייט ארויס פון שטוב צו לייגן די האנט אויף די מזוזה און זאגט די ווערטער: "הייליגער באשעפער, וואטש מיך, היט מיך פון שלעכטס; העלף מיר איך זאל צוריק אהיים קומען געזונטערהייט", און ווען איר קומט אהיים זאלט איר לייגן די האנט אויף די מזוזה און זאגן: "יישר כח אייבערשטער אז דו האסט מיר אהיים געברענגט געזונטערהייט", און געבט א קוש; וועט איר ווערן אפגעהיטן פון פחדים.


אויך זאלט איר לייגן יעדן טאג אין אייער פושקע אפאר פעני"ס. דער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן ה): "בִּצְדָקָה תְּבַטֵּל אֶת הַפַּחַד", דורך צדקה גייען אוועק אלע פחדים.


נאך אביסל וועט די שטעטל ווערן אינגאנצן אידיש, עס וועט נישט זיין די אלע זאכן.