שאלה אין קורצן ענין
#1147 - ווי אזוי מאך איך אז מיין ארבעט מיט די בחורים זאל נישט גיין לאיבוד?
התחזקות, חינוך הילדים, אמונה, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מגיד שיעור אין א ישיבה קטנה די צווייטע כיתה, און איך בין ברוך ה' זייער שטארק מצליח מיט די בחורים, ביי מיר איז נישט דא א זאך אז א בחור פאלגט נישט, די בחורים ווייסן אז ביי מיר איז נישטא קיין חכמות, יעדער שטייט אויף פארטאגס און שטעלט זיך צו צו די זמני הלימוד, און מ'קומט אן זייער אסאך יעדע זמן.


פארטאגס לערנען מיר שלחן ערוך, פארמיטאג לערנען מיר גמרא בעיון, נאכמיטאג לערנט מען שיעור פשוט, און ביים נאכט סדר לערנט מען ספרי חסידות.


וואס ס'שטערט מיך איז אז ווען די בחורים גייען אריין אין ישיבה גדולה, וואס דארט איז נישטא אזא שטרענגע מסגרת, ווערן זיי נאכגעלאזט, און נאכדעם פאלן זיי אראפ און מיין גאנצע ארבעט גייט לאיבוד. איך ווייס נישט פארוואס די היינטיגע ישיבות זענען אזוי נאכגעלאזט, און פארוואס אזוי סאך בחורים פאלן אוועק, אפשר אז איר רעדט אסאך צו בחורים ווייסט איר דער תירוץ אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                                     יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הרב ... שליט"א.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רעדט צו אייערע תלמידים פון זאכן וואס איז נוגע פאר זייער גאנץ לעבן וועט איר נישט ווערן אנטוישט; אז מען לייגט א דגוש אויף זאכן וואס איז נישט וויכטיג און עס וועט סיי ווי נישט אנהאלטן - איז א שאד די ארבעט.


לייגט אריין אין זיי א ליבשאפט צו מצוות ומעשים טובים, א ליבשאפט צו אנטון תפילין און א ליבשאפט צו היטן שבת, וועלן זיי זייער גאנץ לעבן לייגן תפילין און היטן שבת.


אז מען לייגט א דגוש אויף עסן מיט א הוט, אדער גיין א גאנצן טאג מיט א גארטל וכדומה לזה - כל זמן די בחורים זענען יונג פאלגן זיי, אבער שפעטער בלייבט נישט פון דעם קיין שפיר.


איך מיש זיך נישט ווי אזוי איר זאלט מחנך זיין אייערע תלמידים, יעדע פלאץ האט זיך זייערע מנהגים, אלע מנהגים זענען חשוב און טייער אבער מען קען נישט מאכן פון טפל עיקר און פון עיקר טפל; דער עיקר דארף בלייבן עיקר, דער עיקר איז רעדן פונעם אייבערשטן.


טאג און נאכט דארפן מלמדים און מגידי שיעורים רעדן פון אמונה, פשוט'ע אמונה, אן קיין חכמות און אן קיין תורות; אריין ברענגען אין די תלמידים א ליבשאפט צו טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, מחשיב זיין יעדע גוטע נקודה וואס מען טוט. וועט איר זען אז נישט נאר זיי וועלן נישט פאלן, זיי וועלן גיין נאר מעלה מעלה און אויסוואקסן גרויסע צדיקים.


ביינאכט ווען איר לערנט מיט זיי ספרי חסידות זאלט איר זיי דערציילן אסאך מעשיות פון צדיקים. עס איז באוואוסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואס פאר א מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


אויך דארף מען רעדן צו בחורים אסאך חיזוק; רבי נתן האט געזאגט: "פאר יעדע לעפל מוסר וואס מען זאגט, דארף מען געבן א גאנצע שיסל התחזקות"; נאך האט רבי נתן געזאגט: "התעוררות וואס קומט פון מוסר האלט נישט אן צו לאנג, ווידער התעוררות וואס קומט ארויס פון א חיזוק שמועס - דאס האלט אן א לאנגע צייט"; ווען מען רעדט צו תלמידים, מען געבט זיי מוסר - דארף מען זיי אסאך מחזק זיין, זיי זאלן שפירן ווי דער אייבערשטער האט זיי ליב, זיי זאלן שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט זיי, דעמאלט וועלן זיי נישט פאלן, זיי וועלן בלייבן ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1146 - מעג מען לערנען משניות ביינאכט?
לימוד התורה, שאלות, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן ברוך ה' יעדן טאג משניות, און איך שפיר אז דאס געבט מיר חיזוק פאר מיין נשמה.


איך האב אמאל געהערט אז ס'איז דא א פראבלעם צו לערנען משניות ביינאכט, וויל איך וויסן וואס צו טון יעצט אין די ווינטער צייט ווען ס'ווערט פרי נאכט, אויב ס'איז אויסגעהאלטן צו לערנען משניות ביינאכט.


יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק, ס'האט ממש געטוישט מיין לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז בכלל נישט קיין שאלה, אודאי מעג מען לערנען משניות ביינאכט; וואויל איז דעם וואס לערנט משניות ביינאכט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה יב:): "כָּל הָעוֹסֵק בַּתּוֹרָה בַּלַּיְלָה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מוֹשֵׁךְ עָלָיו חוּט שֶׁל חֶסֶד בַּיּוֹם", ווער עס לערנט תורה ביינאכט וועט האבן א גאנצן טאג חסדים פונעם אייבערשטן; תורה שבכתב לערנט מען בייטאג און תורה שבעל פה לערנט מען אויך ביינאכט, אזוי ווי אונזערע הייליגע חכמים זאגן (מדרש תנחומא כי תשא, סימן לו) ווען משה רבינו איז געווען אין הימל מקבל זיין די תורה, האט ער נישט געוואוסט ווען איז טאג און ווען איז נאכט, נאר ווען ער האט געלערנט תורה שבכתב האט ער געוואוסט אז עס איז טאג און ווען ער האט געלערנט תורה שבעל פה האט ער געוואוסט אז עס איז נאכט.


נישטא קיין זיסערע זאך ווי אויסנוצן די ווינטער נעכט מיט לערנען תורה שבעל פה; מוהרא"ש זאגט נאך בשם דער הייליגער צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו אז ער פלעגט רופן די ווינטער נעכט: "די גאלדענע נעכט", ווייל ווינטער ביינאכט קען מען גוט אויסנוצן די צייט אריינצוכאפן לערנען תורה.


זיי זיך קובע צו לערנען משניות - וועסטו זוכה זיין צו א נייע נשמה; דער באר היטב ברענגט אראפ פונעם אר"י הקדוש (שלחן ערוך אורח חיים סימן א, סעיף קטן ו) "כָּתַב הָאֲרִ"י זַ"ל: וְשִׁיעוּר מִשְׁנַיוֹת קוֹדֶם לְכָל דָּבָר, וְעַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה לִנְשָׁמָה, כִּי 'מִשְׁנֶה' אוֹתִיוֹת 'נְשָׁמָה'", ווען מען שטייט אויף אינדערפרי זאל מען לערנען די ערשטע שיעור אין משניות, ווייל דורך משניות איז מען זוכה צו א ריינע נשמה; משניות וואשט אפ דעם מענטש פון אלע פגמים.


מה טוב אז דו וועסט זאגן אכצן פרקים משניות יעדן טאג, דער הייליגער מהר"ם פאפירש זאגט (אור צדיקים סימן כב, אות יא): "טוֹב לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת בְּכָל יוֹם, וְאִם אֶפְשַׁר שֶׁיַּשְׁלִים חַ"י פְּרָקִים בְּכָל יוֹם, נֶגֶד חַ"י עוֹלָמוֹת מַה טוֹב וּמַה נָעִים", עס איז זייער גוט מען זאל יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות, "יְהִי חֶלְקִי עִמּוֹ", איך וויל האבן א חלק מיט דער וואס פירט זיך אזוי, "כִּי הוּא תִּיקוּן גָּדוֹל לִפְגַם הַבְּרִית, סוֹד אֵל חַי", ווייל מיט'ן זאגן אכצן פרקים משניות איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען אין די חטא פון פגם הברית, "וְיֶשׁ לָהֶם גַּם כֵּן סְגוּלָה לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע", אויך האט דאס א סגולה צו הרג'ענען דעם יצר הרע, "גַּם סְגוּלָה לְהַמְשִׁיך נְשָׁמָה, שֶׁהִיא אוֹתִיּוֹת מִשְׁנָה", אויך האט דאס א סגולה צו ברענגען א ריינע נשמה אויפ'ן מענטש.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, ער האט מקובל אויף דעם וואס דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אפילו א מענטש וואס איז אריין געפאלן אין עבירות רחמנא לצלן; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, יהי' איך שיהי', וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיין פלאנטער און ער וועט ווערן אן ערליכער איד", אז דאס גייט ארויף אויף "ח"י פרקים משניות"; אפילו אזא איינער וואס איז נעבעך אראפ געפאלן אין די בלאטע, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג "ח"י פרקים משניות", - וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1145 - ווי אזוי מעקט מען אויס אלטע שלעכטע מחשבות פון מח?
תהלים, חיזוק פאר פרויען, מאוויס, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע געוואלדיגע שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק, ספעציעל די שיעורים פאר פרויען, יעדע נייע שיעור געבט מיר פרישע כח און עצות אין לעבן.


איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם בריוו וואס איר האט געשריבן פאר א פרוי איר מחזק צו זיין אויף דעם וואס זי האט אויסגעמעקט אירע מאוויס, ווייל איך האב געהאט ממש די זעלבע מעשה, איינער האט מיר געגעבן שלעכטע מאוויס, איך האב געוואוסט אז דאס וועט מיר שאטן אין לעבן, אין איין טאג האב איך זיך גענומען די שטארקייט און אלעס פארמעקט, נאך איידער איך האב עס אפילו געקוקט. איך האב געשפירט נאכדעם א געוואלדיגע גוטע געפיל און א נאנטקייט צום אייבערשטן, און איך בין זיכער אז די שטארקייט האב איך געהאט נאר פון הערן אסאך די שיעורים.


איך וויל פרעגן וואס צו טון מיט די נישט גוטע זאכן וואס איך האב געקוקט איידער איך בין אנגעקומען צו די שיעורים, איך האב שוין אסאך תשובה געטון, און איך בעט אסאך דעם אייבערשטן איך זאל אלעס פארגעסן, אבער פון צייט צו צייט קומט מיר ארויף שלעכטע געדאנקען פון זאכן וואס איך האב געזען. וואס קען איך טון דערצו? איך וויל זיין אן ערליכע אידישע פרוי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                                     יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קוקן מאוויס איז א שטארקע נסיון, עס האט א שטארקע כח המושך, עס ציט דעם מענטש צו קוקן און ווען מען פאלט אריין אין דעם איז זייער ביטער, עס הרג'עט אלע גוטע חלקים פון לעבן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה) חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.): דער יצר הרע האט זיבן נעמען, היינט - זאגט דער רבי - דארף מען אים צוגעבן אן אכטע נאמען, א נייער נאמען: 'כח המדמה'; דאס גייט ארויף אויף קוקן מאוויס, קליפס וכדומה לזה, עס איז איין גרויסער דמיון, וואס הרג'עט דעם מענטש.


בפרט אידישע פרויען דארפן זייער אכטונג געבן נישט צו קוקן קיין שום שלעכטס, ווייל ווי אזוי די מאמע פירט זיך - אזוי פירן זיך די קינדער. אונזערע הייליגע חכמים זאגן (סוטה ג:): "זְנוּתָא בְּבֵיתָא, תֻּקְפָּא בְּבֵיתָא", עבירות אין שטוב און כעס אין שטוב - "כְּקַרְיָא לְשׂוּמְשְׂמֵי", מאכט חרוב די שטוב, "אִידִי וְאִידִי בְּאִתְּתָא", דאס איז ביי די פרוי, ווייל אז די מאמע איז פארנומען מיט נישט גוטע זאכן - זאגט רש"י: "וְאֵינָהּ עוֹשָׂה מְּלַאכְתָּהּ וְלֹא מְשַׁמֶּרֶת בֵּיתָהּ", טוט זי נישט די שטוב ארבעט און די הויז ווערט א הפקר הויז; דארף א אידישע פרוי זייער אכטונג געבן נישט צו קוקן קיין שום זאכן.


אויף אייער פראגע ווי אזוי מען קען ארויסנעמען פון קאפ אלטע זאכן; אויב איר וועט זיך אסאך מתבודד זיין, אסאך רעדן צום אייבערשטן אויף אייער שפראך, וועט מיט די צייט זיך טוישן די גאנצע מח, איר וועט ווערן א ריינע מאמע, א ריינע פרוי.


אויב איר האט צייט פרובירט צו זאגן תהילים יעדן טאג, תהילים ברענגט צו תשובה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהילים; אז איר וועט זאגן תהלים וועט איר צוריק באקומען א נייע מח מחשבה, עס וועט ווערן ריין און לויטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1144 - דארף א פרוי זיך אפשערן אלע האר?
שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך מחי' מיט די שיעורים יעדן טאג, און איך האב זיך אסאך פארבעסערט אין זכות פון די שיעורים.


איך וועל פרעגן איבער שערן די האר. ס'איז מיר זייער שווער עס צו טון, אפילו ס'איז אזוי איינגעפירט אין אונזער משפחה. איך האב געהאט שיינע האר און איך וויל מיין מאן זאל אויך הנאה דערפון.


אפשר קען מען שערן נאר די האר וואס קען זיך ארויסשטעקן פונעם טיכל, אדער דארף מען דוקא אפשערן די גאנצע האר?


אויך וויל איך וויסן אויב ס'קען זיין אז ווייל איך בין נישט אזוי מקפיד אויף דעם, דערפאר גייט מיר די שלום בית נישט אזוי גרינג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                                     יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט זיך אפשערן אייערע האר וועט איר אראפנעמען פון זיך אלע דינים. אונזערע הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן אונז (עירובין ק:) ווען חוה האט צוגעהערט צום שלאנג און געגעסן פונעם עץ הדעת איז זי געשאלטן געווארן מיט צען קללות, איינע פון די קללות איז: "מְגַדֶּלֶת שֵׂעָר כְּלִילִית", א פרוי איז געשאלטן געווארן מיט האר, די האר ברענגט אלע שלעכטס, די האר ברענגט אלע צרות.


דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו פלעגט געבן א דרשה כל נדרי ביינאכט, אינמיטן די דרשה פלעגט ער זיך אויסדרייען זיין הייליגע פנים צום ווייבער שול און געוויינט צו די פרויען, ער האט געזאגט: "ווי אזוי קען מען זאגן ביי קריאת שמע 'ובכל נפשך' - מיר זענען גרייט אוועק צו געבן דעם גאנצן נפש פאר'ן אייבערשטן, ווען מען איז נישט גרייט אוועק צו געבן דאס ביסל האר?" ער האט געוויינט און געשריגן מיט זיין הייליג הארץ צו די פרויען זיי זאלן זיך נישט שעמען אפצושערן די האר, מיר דארפן זוכן צו געפעלן נאר פאר'ן אייבערשטן.


געבט א קוק וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט וואס פאסירט ווען מען גייט מיט האר (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; זאגט ווייטער דער הייליגער זוהר: 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא', ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


הלואי וואלט מען דאס אריינגעלייגט אין יונגע קינדער, זיי זאלן אויפוואקסן מיט דעם; זיי זאלן ווארטן אויף די מינוט ווען זיי וועלן חתונה האבן צו קענען אראפנעמען די קללה מיט וואס חוה איז געשאלטן געווארן, זיך אפשערן מיט שמחה, וועלן זיי זוכה זיין צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1143 - איך פאל כסדר, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה?
התחזקות, תפילה והתבודדות, נסיונות, שמירת עינים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק, ס'געבט מיר צו לעבן.


איך הייס א גוטער בחור, איך זיץ און איך לערן, איך ווייס אבער דעם אמת אז איך פאל זייער אסאך אראפ, איך קען זיך נישט שטארקן איבער מיין יצר הרע.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר? ווי אזוי קען זיך שטארקן און דערהאלטן, איך פרוביר אזוי שטארק זיך צו היטן די אויגן, פון דעסט וועגן פאל איך כסדר נאכאמאל און נאכאמאל.


איך שעם זיך צו רעדן פון דעם, שוין צוויי חדשים וואס איך קווענקל צי איך זאל יא שרייבן אדער נישט, איך פרוביר זיך אליין אן עצה צו געבן, אבער איך קען נישט מער. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                                     יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


התבודדות איז די עצה פאר דיר; דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז זייער א גרויסע זאך, עס איז גרעסער פון אלע עבודות, "דְּהַיְנוּ לִקְבֹּעַ לוֹ עַל כָּל פָּנִים שָׁעָה אוֹ יוֹתֵר, לְהִתְבּוֹדֵד לְבַדּוֹ בְּאֵיזֶה חֶדֶר אוֹ בַּשָּׂדֶה", א מענטש זאל זיך מאכן א צייט וואס ער לאזט אלעס אפ און ער גייט אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ בִּטְעָנוֹת וַאֲמַתְלָאוֹת, בְּדִבְרֵי חֵן וְרִצּוּי וּפִיּוּס, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן מִלְּפָנָיו יִתְבָּרַךְ, שֶׁיְּקָרְבוֹ אֵלָיו לַעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת", זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן און זיך אויסגיסן דאס הארץ, אים בעטן אז ער זאל שוין רחמנות האבן אויף אים און אים מקרב זיין צו אים, און מען זאל רעדן צום אייבערשטן אויף מאמע לשון - אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, "כִּי בִּלְשׁוֹן הַקּדֶשׁ קָשֶׁה לוֹ לְפָרֵשׁ כָּל שִׂיחָתוֹ", ווייל אויף לשון הקודש איז שווער ארויס צו ברענגען אלעס וואס ליגט אויפ'ן הארץ, "וְגַם אֵין הַלֵּב נִמְשָׁךְ אַחֲרֵי הַדִּבּוּרִים, מֵחֲמַת שֶׁאֵינוֹ מֻרְגָּל כָּל כָּךְ בְּהַלָּשׁוֹן, כִּי אֵין דַּרְכֵּנוּ לְדַבֵּר בִּלְשׁוֹן הַקֹּדֶשׁ", ווייל מיר רעדן נישט קיין לשון הקודש, דערפאר איז שווער זיך אויסצורעדן דאס הארץ, "אֲבָל בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז שֶׁמְּסַפְּרִים וּמְדַבְּרִים בּוֹ, קַל וְקָרוֹב יוֹתֵר לְשַׁבֵּר לִבּוֹ", אבער אז מען רעדט אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן - דאן איז גרינגער זיך אויסצוגיסן דאס הארץ.


פאלג דעם רבי'ן, זוך אויף א שטילע פלאץ, גיי דארט יעדן טאג און גיס זיך אויס דיין הארץ, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, אויף דיין נשמה; זאג פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך, ווי שטארק דו ווילסט זיין אפגעהיטן פון עבירות. בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף אלעס וואס דו ביסט נכשל געווארן וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דאס איז די עצה ווי אזוי צו ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה; ק) ער האט געהערט פון אסאך צדיקים אז זיי אלע זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך תפילה והתבודדות, ווייל מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן תפילה והתבודדות; ווען דער רבי האט דאס געזאגט זענען דארט געשטאנען אנשי שלומינו און זיי האבן אנגעפאנגען אויסרעכענען נעמען פון צדיקים, האט דער רבי געזאגט אויף יעדע נאמען וואס זיי האבן אויסגערעכנט אז אלע פון זיי האבן אים בפירוש געזאגט אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך תפילה והתבודדות, דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1142 - מעג מען מעביר סדרה זיין ביינאכט?
הלכה, מעביר סדרה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די וואונדערליכע וועג פון מעביר סדרה זיין די פרשה במשך די וואך, זונטאג ביז שני און מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אין דעם זכות גיי איך יעצט ענדיגן מעביר סדרה זיין די גאנצע תורה שנים מקרא ואחד תרגום צום ערשטן מאל אין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי אין די ווינטער חדשים איז מיר אביסל שווער מעביר סדרה צו זיין בייטאג, ווייל איך ארבעט רוב טאג, אויב מעג מען מעביר סדרה זיין ביינאכט, אדער מוז איך זיך אנשטרענגען און מעביר סדרה זיין דוקא בייטאג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב מען איז מעביר סדרה מיט רש"י קען מען לערנען חומש מיט'ן תרגום אפילו ביינאכט, אבער חומש אליינס האט דער הייליגער אריז"ל מקפיד געווען מען זאל נישט לערנען ביינאכט (שער המצוות, פרשת ואתחנן).


זיי שטארק מיט מעביר סדרה זיין; במשך די אלע יארן וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו הערן די ליל שישי שיעורים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, געדענק איך נישט איין וואך וואס מוהרא"ש זאל נישט רעדן פון די מצוה פון מעביר סדרה זיין. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חר'ן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַב הוּנָא בַּר יְהוּדָה אָמַר רַבִּי אַמִּי, לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגּוּם, שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִים לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו"; און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רפה) אז יעדער מענטש איז מחויב צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה צוויי מאל חומש און איין מאל תרגום, און ווער עס איז מעביר סדרה איז זוכה צו אריכות ימים ושנים; דאס איז די בעסטע סגולה צו א גוט לעבן, און דאס ראטעוועט א מענטש פון אלעם שלעכטס.


מוהרא"ש פלעגט אונז בעטן מיר זאלן שוין אנהייבן אנהייב וואך טון די מצוה, אפילו דער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים, שער הנהגת הלימוד [ע' שנז]) מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת; אבער א מענטש טאר זיך נישט נארן, מען דארף קוקן צי מען טוט טאקע יעדע וואך אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, ווי דער שלחן ערוך פסק'נט (שם, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין און די משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.


מוהרא"ש זאגט די סיבה פארוואס מען איז מזלזל אין דעם מצוה, ווייל מענטשן זוכן שלימות, מען וויל מקיים זיין די מצוה אזוי ווי דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט - מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת, און וויבאלד עס איז זייער שווער פאר רוב מענטשן מעביר סדרה זיין ערב שבת, בפרט ווינטער ווען דער זמן איז זייער פרי, דערפאר זענען מענטשן נישט מעביר סדרה און מען איז מזלזל אין דעם, אבער אז מען גייט מיט'ן שלחן ערוך, מען הייבט אן פון זונטאג, דעמאלט איז מען זוכה צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום וואס דאס איז אויך בכלל מצוה מן המובחר, אזוי ווי די משנה ברורה (שם) ברענגט אראפ פון ספר מטה יהודה: "אִם הוּא קוֹרֵא מִתְּחִלַּת הַשָּׁבוּעַ וְהָלְאָה, הוּא גַם כֵּן בִּכְלָל מִצְוָה מִן הַמֻּבְחָר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1141 - די קונטרסים "עצתו אמונה", קענען מאכן נסיונות און שטערן פון לערנען און דאווענען?
ספרי ברסלב, הפצה, נסיונות, בחור, עצתו אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין מפיץ די קונטרסים און גליונות אין ארץ ישראל, אין ישיבות, כוללים, און שולן, און איך זע מיט די אויגן ווי מענטשן ווערן צוגעקלעבט צו די געוואלדיגע עצות.


ס'איז אבער דא צוויי זאכן וואס שטערן מיר. איינס אפשר וועלן יונגע בחורים ליינען די זאכן, זיי האבן נאך בכלל נישט קיין נסיונות, און יעצט וועט דאס זיי ברענגען צו טראכטן וואס מ'דארף נישט. און צווייטנס אז אפשר וועלן מענטשן דאס ליינען אינמיטן דאווענען אדער לערנען, און דאן וועט די אלע ביטול תורה און תפלה גיין אויף מיין חשבון.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                        יום א' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס זעט אויס פון דיין שאלה ווי דו זוכסט חוזק צו מאכן; וואס האבן די ספרים, קונטרסים און גליונות מיט נסיונות?! איך ווייס נישט וואס דו מיינסט, פון וואס פאר א נסיונות רעדסטו? די ספרים זענען מגלה ומפרסם פאר די וועלט די זיסע עצות פון רבי'ן, די זיסע ווערטער וואס דער בעל תפילה פלעגט ארום גיין רעדן מיט מענטשן: "עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף די וועלט, נאר צו דינען דעם אייבערשטן (ספורי מעשיות, מעשה יב - פון דער בעל תפלה)", פון וואס פאר א נסיונות רעדסטו?!


לאמיר עפענען די ספרים, לאמיר לערנען אינאיינעם די בריוו; וואס שטייט אין די ספרים? וואס שטייט אין די קונטרסים? וואס וועסטו זען אין די בריוו? וואס וועסטו געפונען דארט? נאכאמאל און נאכאמאל די ריינע אמונה, נאכאמאל און נאכאמאל חיזוק פאר יעדן מענטש אין יעדן מצב, מען זאל וויסן און געדענקען אז עס איז נישטא קיין שום זאך אויף די וועלט נאר דער אייבערשטער, ער מאכט אלעס און טוט אלעס, נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן ווען מען האט א צרה.


די ספרים מאכן טראכטן וואס מען טאר נישט?! עס קומט ארויס יעדע רגע אלפים ורבבות טריף פסול, יעדער בחור רייסט זיך מיט די שווערסטע נסיונות וואס איז נאר פארהאן; וואו מען גייט און וואו מען שטייט איז דא די ערגסטע אויסגעלאסנסטע בילדער, קליפס און מאוויס רחמנא לצלן; יונגע קינדער האבן אין טאש טעלעפאונס, אייפאדס אנגעפילט מיט מאוויס מיט די ערגסטע גילוי עריות, בחורים פאלן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, די איינציגסטע שפראך וואס רעדט צו זיי איז דער הייליגער רבי, קומסטו זאגן אויף די הייליגע ספרים אז דאס ברענגט נסיונות?!


רבי נתן האט געזאגט פאר זיין הסתלקות: "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט און טריף פסול איז זיך אזויפיל מתגבר, אזוי ווי עס איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; איך האף אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלצדינג", עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת; רבי נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר.


נאר דעם רבינ'ס ספרים קענען ראטעווען דעם דור, בפרט די בני הנעורים; זיי זענען די גרעסטע רחמנות, קיינער ווייסט נישט וואס עס גייט אריבער אויף בחורים און מיידלעך; פון אינדרויסן זעט אלעס אויס מסודר, עס קען זיך דאכטן אז זיי דארפן נישט קיין חיזוק, באמת גייען זיי אריבער ביטערע שווערע נסיונות וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט. און נאר די ספרים, די שפראך - דאס ראטעוועט זיי.


די צווייטע פראגע איז נאך מער חוזק; אפשר זאל מען מער נישט ברענגען קיין ספרים אין שול ווייל מענטשן קענען נכשל ווערן מיט'ן לערנען אינמיטן דאווענען? אפשר זאל מען ארויסטראגן אלע חומשים און תהילים'ס ווייל מענטשן קענען נכשל ווערן נישט צו דאווענען; עס זעט אויס ווי דו זוכסט חוזק צו מאכן.


וויסן זאלסטו אז חוזק מאכן פון די ספרים קען מען נישט; ווער עס מאכט חוזק פון צדיקים וואס פארשפרייטן אמונה - דער מאכט חוזק פון זיך אליינס. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם פסוק אין משלי (ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ - חָכַמְתָּ לָּךְ", אויב ביסטו קלוג - ביסטו נאר קלוג פאר דיר, "וְלַצְתָּ - לְבַדְּךָ תִשָּׂא", און אויב מאכסטו ליצנות - מאכסטו נאר פון דיר אליין ליצנות; ווען מען מאכט ליצנות פון די ספרים און קונטרסים מאכט מען נישט ליצנות פון רבי'ן, מען מאכט ליצנות פון זיך אליין. ווייל ווען עס וועט קומען דעם לעצטן טאג אין לעבן וועט מען זען ווער עס איז דער חוזק.


וואויל איז דעם וואס פארשפרייט די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן פאר אלעמען, ער געדענקט וואס די ספרים האבן געטון מיט אים, ער איז מודה על האמת ווי די ספרים האבן אים ארויסגעשלעפט פון שאול תחתית, ער פארגעסט נישט ווי אזוי ער האט אויסגעקוקט, פון אינדרויסן האט ער אויך אויסגעקוקט אזוי תמימות'דיג, אומשולדיג, בא'חנ'ט וכו' און אינעווייניג איז ער געווען אין די טומאה השם ישמרינו; דער וועט אלעס פאררעכטן, דאס וועט זיין פאר אים א תיקון. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה".

#1140 - וואס טו איך אז מיין ווייב וויל איך זאל זיצן אין כולל, און איך האלט נישט דערביי?
שלום בית, לימוד התורה, פרנסה, יונגע יארן, היטן די צייט, כולל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל קודם דאנקען דעם ראש ישיבה פאר אלע חיזוק, דרשות, שאלות ותשובות, און אזוי ווייטער.


איך האב חתונה געהאט אפאר יאר צוריק, איך האב אלץ געהייסן א גוטער בחור אין ישיבה, אבער באמת האב איך געהאלטן ביי גארנישט. איך האב גוט געפאפט. למעשה האב איך אבער גארנישט פארדינט דערפון ווייל ווען עס איז געקומען צו שידוכים האט מען מיך אנגעטראגן מסלתה ומשמנה, און איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין געהעריגע אפענע קשר מיט מיינע עלטערן, דערפאר ווען מען האט אנגעטראגן מיין שידוך האב איך גארנישט געזאגט. מיין ווייב איז טאקע אן אשה כשירה א ערליכע אידישע פרוי מיט אלע פירושים, אבער למעשה איז זי אויף סאך א העכערע מדריגה ווי מיר.


פאר עטליכע יאר נאך די חתונה האב איך פרובירט זיך צוצושטעלן, אבער נאך אפאר יאר איז עס געווארן ערגער, איך האב געשטופט אין כולל גאנצע טעג, און איר איינגערעדט אז איך לערן, איך האב ממש געלעבט א טאפלטע לעבן אין ממש יעדע טריט.


יעצט זע איך אז דאס איז נישט קיין וועג, האב איך זיך פרובירט אביסל צו עפענען, איך האב אנגעהויבן זאגן אז איך טראכט פון גיין ארבעטן ווייל כולל איז נישט פאר מיר. אבער זי זאגט אז זי האט געמיינט אז איך בין אן ערליכער אינגערמאן. וואס האב איך אז דו גייסט ארבעטן?


איך האב באמת רחמנות אויף איר, זי איז גרייט מיט מסירת נפש צו ברענגען פרנסה, אבי איך זאל בלייבן אין כולל. אבער איך שפיר אז איך קען נישט. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר געבן אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                        יום א' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם לעצטן מענטש וועם דו וועסט קענען אויספאפן איז דיין ווייב; א ווייב קען מען נישט פאפן, די ווייב איז פון די איינציגסטע וואס קענען גאר גוט זייער מאן, זיי ווייסן ווער דער מאן איז, אויב ער איז ערליך אדער נישט; מיט א ווייב קען מען נישט ארום שפילן.


דעריבער איז א שאד סתם צו זיצן אין כולל און זיך איינרעדן אז זי וועט מיינען דו לערנסט; אז דו בטל'סט די צייט זאלסטו וואס פריער ארויסגיין פון כולל. בטל'ן צייט איז א סכנה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", אז מען בטל'ט צייט קומט מען נאכדעם צו צו טון עבירות און נאכדעם ווערט מען דעפרעסט; גיין ליידיג איז זייער שעדליך, מען פארלירט דעם טעם פון לעבן, מען פארלירט דעם טעם פון אלעס.


פארוואס זאלסטו זאגן אז מען קען נישט זיין אן ערליכער איד ווען מען ארבעט? ארבעטן איז נישט קיין סתירה מיט זיין ערליך, ארבעטן איז נישט קיין סתירה מיט לערנען די הייליגע תורה; עס זענען דא הונדערטער און טויזנטער ערליכע בעלי בתים יראי השם וואס ארבעטן רוב טאג און אין די איבריגע צייט זענען זיי זיך קובע צייט צו לערנען. זיי הייבן אן דעם טאג פארטאגס מיט תורה ותפילה, אינמיטן טאג כאפן זיי ווייטער ארויס תורה און ביינאכט זענען זיי זיך ווידעראמאל קובע צייט צו לערנען.


טענה זיך נישט מיט דיין ווייב; זי וויל נישט דיין שלעכטס, זי וויל א גוטע לעבן, זי וויל א מאן א ירא שמים. עס שטערט איר צו זען ווי דו שפילסט ארום מיט איר, עס שטערט איר אז דו פירסט זיך נישט אויף ערליך, זי האט מורא אז ווען דו וועסט גיין ארבעטן וועט עס ווערן נאך ערגער, אבער אז דו וועסט אנפילן דיין צייט מיט גוטע זאכן, דו וועסט נישט גיין ליידיג - וועט זי אנהייבן האלטן פון דיר, זי וועט דיר מחשיב זיין.


נעם דעם רבינ'ס דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו); דער רבי האט אונז געגעבן א זיסע וועג צו לערנען, א וועג פאר אלעמען, נישט קיין אונטערשיד א גוטע קאפ - א שוואכע קאפ, נישט קיין חילוק צי מען האלט יא ביים לערנען אדער מען האלט נישט ביים לערנען, דעם רבינ'ס דרך הלימוד ארבעט מיט יעדן איינעם.


מאך זיך א שיעור אין חומש רש"י מיט'ן תרגום, הייב אן זונטאג די פרשה ביז שני, מאנטאג זאלסטו גיין ווייטער פון שני ביז שלישי, דינסטאג זאלסטו לערנען ביז רביעי און אזוי ווייטער, ביז די ענדע וואך וועסטו האבן מסיים געווען די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", דער וואס איז מעביר סדרה יעדע וואך צוויי מאל די חומש און איין מאל די תרגום וועט לאנג לעבן; דער שלחן ערוך פסק'ענט (אורח חיים, סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין; און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.


נאכדעם זאלסטו זיך קובע זיין א שיעור אין משניות; הייב אן מסכת ברכות און לערן א פרק נאך א פרק, קוק נישט אויב דו פארשטייסט וואס דו לערנסט אדער דו פארשטייסט נישט, דו זאג די ווערטער פון משניות. יעדע ווארט תורה וואס מען לערנט האט דער אייבערשטער א נחת רוח דערפון, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (קדושים פה:): "וּמַאן דְּתִיאוּבְתֵּיה לְמִלְעֵי בְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס וויל לערנען די הייליגע תורה, "וְלָא אַשְׁכַּח מַאן דְּיוֹלִיף לֵיהּ", און ער האט נישט ווער עס זאל אים אויסלערנען און געבן צו פארשטיין וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", אבער וויבאלד ער האט ליב צו לערנען, לערנט ער אן פארשטיין, "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", זאל ער וויסן אז יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט אן פארשטיין גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פריידט זיך מיט דעם. "וְקַבִּיל לָהּ", דער אייבערשטער נעמט די ווערטער, "וְנָטַע לָהּ סָחֲרָנֵיהּ דְּהַהוּא נַחֲלָא", און ער פלאנצט איין די ווערטער אויבן אין הימל ארום א טייך, "וְאִתְעָבִידוּ מֵאִלֵּין מִלִּין אִילָנִין רַבְרְבִין", און עס ווערט פון די ווערטער גרויסע ביימער, "וְאִקְרוּן עַרְבֵי נַחַל", וואס מען רופט זיי אן 'ערבות', "הֲדָא הוּא דִכְתִיב (משלי ה, יט): בְּאַהֲבָתָהּ תִּשְׁגֶּה תָמִיד"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צוצוקומען צו פארשטיין דאס לערנען.


ועל כולם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; הייב אן ש"ס און גיי כסדרן, די בלעטער גמרא דאס פארברענט דעם יצר הרע. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.): "בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע, וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", דער אייבערשטער זאגט, איך האב באשאפן דעם יצר הרע, אבער איך האב א רפואה פאר'ן יצר הרע, דאס איז די הייליגע תורה וואס איז א מעדיצין קעגן אים, "אִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנט איר תורה וועט איר נישט זיין אונטער די הענט פונעם יצר הרע, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה, אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אבער אויב לערנט מען נישט קיין תורה איז מען אונטער אים.


אז דו וועסט אויסנוצן דיין טאג, דיינע טייערע יונגע יארן - וועט דיין ווייב קוקן אויף דיר מיט כבוד, מיט הערצה; זי וועט דיר מחשיב זיין און זיך נישט קריגן מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1139 - נאכ'ן דורכגיין א שווערע איבערלעבעניש, ווי אזוי קען איך גיין אין מקוה?
התחזקות, קדושה, מנוולים, אמונה, בחור, מקוה, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך שטארק באדאנקען אויף אלע שיעורים און בריוון, עצות וכו'.


איך וויל דא מיטטיילן א שווערע נושא וואס כ'האב מיט קיינעם ביז היינט נישט גערעדט. מיין טאטע האט מיר מחנך געווען צו גיין יעדן טאג אין מקוה פון די בר מצוה, ער האט מיר אנגעזאגט נישט צו גיין ווען ס'איז שטארק פול מיט אסאך מענטשן, און אויך נישט ווען ס'איז גאר ליידיג, נאר ווען ס'איז דא צום ווייניגסטן זיבן אכט מענטשן, ווייל אויב ס'איז ליידיג קען מען זיך אנטרעפן דארט נישט קיין ריינע מענטשן. און אזוי האב איך זיך געפירט פאר עטליכע יאר.


פאר כמעט א יאר צוריק, בין איך א דורך זייער א שווערע איבערלעבעניש, איך בין געגאנגען אין מקוה ווי יעדן טאג, און ס'איז געווען דארט עטליכע יודן וואס איך קען זיי פון שול און שכנים וכדומה, איך בין אריין אין בור, און אויף איינמאל כאפט מיך אן אן אומבאקאנטער פארשוין, און ווייזט מיר צו זיי שטיל, כ'האב פראבירט זיך ארויסציען פון אים אבער ס'נישט געווען מעגליך, און ער האט מיר אנגעהויבן באטאפן אויף אן עקלדיגע וועג.


מיך האט זייער געעקלט די גאנצע מעשה, איך בין געווען שטארק שאקירט, כ'האב נישט געשריגן פון רוב פאניק און שרעק, מיין טאטע פון אלס קינד זאגט מיך אן אז ס'איז א געפערליכע עבירה אנצורירן וואו מ'טאר נישט, און יעצט טוט ער דאס רחמנא ליצלן. אזוי האט ער מיר נישט אפגעלאזט ביז א דריי פיר מינוט, ביז איינער איז צוגעקומען אריינגיין אין וואסער האט ער מיך אפגעלאזט, כאילו לא היה.


איך בין גלייך ארויסגעלאפן, כ'האב אפי' נישט גענומען קיין שויער ווי געווענליך, כ'האב זיך גאר שטארק געשעמט צו דערציילן דארט ווער דאס איז וכו', ווייל מ'וועט קוקן אויף מיך אויך ווי א נעבעכדיגע בחור וואס מ'האט זיך מיאוס באשעפטיגט מיט אים. איך בין געווען זייער צובראכן און פארווייטאגט, אינדערהיים האט מען געפרעגט וואס איז געשען, האב איך זיך ארויסגעדרייט אז א חבר אין ישיבה האט מיך שטארק פארשעמט, און איך קען נישט זאגן פרטים.


נאך אפאר טעג האב איך זיך אביסל בארואיגט, אבער פון דעמאלט קען איך נישט גיין אין מקוה, איך נעם א האנטוך און איך מאך נאס די פיאות מ'זאל מיינען אז איך בין געווען אין מקוה, אבער ס'איז ממש אוממעגליך. אפילו ערב יום כיפור, וואס איז א הלכה אז מ'מוז גיין, בין איך געגאנגען, אבער נאר ווען כ'האב זיך אויסגעטון איז אלע שרעקליכע בילדער צוריק געקומען, אין כ'האב זיך גלייך צוריק אנגעטון און אוועק געגאנגען פון דארט, האפנדיג אז קיינער האט נישט באמערקט אז איך בין גאר אין מקוה נישט אריין.


איך בין קלאר ביי מיך, אז אויב איך וואלט געטראפן היינט דעם באנדיט, וואלט איך אנגעזאגט אנדערע זאלן אכטונג געבן פון אים, ווייל ער טשעפעט קינדער און יונגע בחורים, אבער זייט דעמאלט האב איך אים נאך קיינמאל נישט געזען. כ'האב אסאך מאל מתפלל געווען צום אייבערשטן ער זאל מיך ארויס נעמען די אלע פחדים, איך שעם זיך גאר שטארק צו גיין רעדן מיט איינעם אויף דער נושא, כ'האב זיך אליין געטראכט אז אפאר יאר פאר דעם בין איך דאך געגאנגען און אלעס איז געווען אין ארדענונג און איך דארף נישט צופיל מורא האבן, אבער וואס זאל איך טון אז ס'גייט מיך נישט ארויס פון קאפ די גאר שווערע צושטאנד וואס איך האב מיטגעמאכט. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א עפעס א גוטע עצה פאר מיך? אויב יא וועל איך זיך שטארק פרייען.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                        יום א' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין עסק צו אנטלויפן פון א פראבלעם; היינט איז עס מקוה, מארגן איז עס א צווייטע זאך אין א צווייטע פלאץ; וועסטו בלייבן א גאנץ לעבן פארשפארט אין שטוב?


הייב צוריק אן גיין אין מקוה, האב נישט מורא פון קיינעם; נעם אריין אמונה אין זיך, חזר טאג און נאכט: 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר, און נעבן מיר', דאן וועט דיר נישט פאסירן קיין שום שלעכטס. אזוי ווי מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (סנהדרין סז:): א כישוף מאכערטע האט געוואלט מאכן כישוף אויפ'ן הייליגן צדיק רבי חנינא, האט זי גענומען זאמד פון אונטער זיינע פוס, ווען רבי חנינא האט באמערקט וואס זי וויל טון האט ער איר געזאגט: "אִי מִסְתַּיְּיעַת זִילִי עֲבִידִי", איך האב נישט מורא פון דיר, קענסט פרובירן צו מאכן כישוף וויפיל דו ווילסט, עס שטייט (דברים ד, לה): "אֵין עוֹד מִלְּבַדּוֹ", עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן; זעט מען פון דעם אז ווען מען לעבט מיט אמונה ווערט מען אזוי שטארק, מען האט פון קיינעם נישט קיין מורא.


אז דו וועסט זיך שטארקן אין אמונה וועלן די שדים און קליפות נישט קומען צו דיר; די מנולים דערשמעקן שוואכע מענטשן, זיי פרובירן נישט צוצוגיין צו שטארקע מענטשן. אזוי ווי מיר געפונען, ווען עמלק איז געקומען מטמא זיין אידישע קינדער האט ער גענומען שוואכע מענטשן וואס וואקלען זיך, עס שטייט (דברים כה, יח): "וַיְזַנֵּב בְּךָ כָּל הַנֶּחֱשָׁלִים אַחֲרֶיךָ", ער האט גענומען די אלע שוואכע וואס די וואלקן האט זיי ארויסגעווארפן; די וואס האבן נישט געהאט די שטארקע אמונה, די סארט מענטשן ווארפט ער אראפ, עמלק האט נישט קיין שליטה אויף מענטשן וואס זענען שטארק אין די אמונה.


דעריבער בעט איך דיר זייער, נעם אריין דעם אייבערשטן אין דיר, רעד צו אים, שמועס מיט אים, רעד צום אייבערשטן אזוי ווי דו רעדסט מיט א גוטער פריינט, רעד צו אים אין דיין שפראך; דאס וועט דיר געבן זעלבסט-זיכערקייט (סעלף קאנפידענס) דו וועסט ווערן א נייער מענטש, דו וועסט מער נישט מורא האבן פון קיינעם, דו וועסט מער נישט בלייבן מיט א פארמאכטע מויל ווען אזוינס פאסירט השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1138 - וואס זאל איך טון לכבוד מיין יום הולדת?
תשובה, תודה והודאה, יום הולדת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט בקרוב מיין יום הולדת. וויל איך פרעגן וויאזוי עס אויסצונוצן אויף די ריכטיגע וועג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע זאך וואס דו קענסט טון אין דיין געבורטס טאג - איז דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן, מען לויבט דעם אייבערשטן - שפירט מען די טעם וואס צדיקים זענען זוכה צו שפירן אין גן עדן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב): "כִּי זֶה עִקָּר שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא, לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל לִשְׁמוֹ הַגָּדוֹל יִתְבָּרַךְ וּלְהַכִּיר אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", די תענוג פון עולם הבא איז צו דאנקען דעם אייבערשטן און אים צו לויבן, וויסן אז אלעס איז ער און ער איז אלעס, "שֶׁעַל יְדֵי זֶה סְמוּכִים וּקְרוֹבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן איז מען נענטער צו אים, "כִּי כָּל מַה שֶּׁיּוֹדְעִין וּמַכִּירִין אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּיוֹתֵר", ווייל ווי מער מען ווייסט אז אלעס איז בלויז דער אייבערשטער אליין, "סְמוּכִים אֵלָיו בְּיוֹתֵר", איז מען נענטער צו אים.


דער ריי"צ, דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי זכותו יגן עלינו ברענגט אין ספר היום יום (יא ניסן): "ביום ההולדת, על האדם להתבודד ולהעלות זכרונותיו ולהתבונן בהם, והצריכים תקון ותשובה - ישוב ויתקנם", אינעם געבורטס טאג זאל מען זיך מתבודד זיין און אריין טראכטן וואס מען דארף פאררעכטן פון די פריערדיגע יארן, לעבן מיט חשבון הנפש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1137 - וואס טו איך ווען מ'מאכט חוזק ווען איך גיי הפצה?
מחלוקת, ספרי ברסלב, הפצה, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געגאנגען איין טאג הפצה, איינער האט גענומען פון מיר א קונטרס און א סידי, ער האט מיר געגעבן א שיינע סומע געלט דערפאר, אבער ער האט מיר אויך געזאגט אז נאר אין ברסלב טוט מען אזעלכע זאכן צו גיין פארשפרייטן זייערע זאכן, און ער האט אויך גערעדט מיאוס בכלל אויף חסידישע אידן.


ווען איך האב עס נאכדעם דערציילט פאר א מפיץ האט ער מיר געזאגט אז מוהרא"ש און דער ראש ישיבה זאגן אז מ'זאל נישט נעמען קיין געלט פון איינעם וואס רעדט קעגן די ספרים. וויל איך וויסן וואס צו טון אויב ס'קומט מיר נאכאמאל אונטער אזא פאל.


יישר כח פאר אלעס, איך שפיר אז איך האב זיך גאר שטארק פארבעסערט זייט איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, ספעציעל אין בין אדם לחבירו, וואס איך האב קיינמאל נישט געגלויבט אז איך וועל זיך נאך קענען טוישן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס דארפסטו זיך זייער פרייען אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט, דו פארשפרייטסט ליכטיגקייט אין די וועלט, דו ברענגסט צוריק מענטשן צום אייבערשטן.


די ספרים פון הייליגן רבי'ן און די קונטרסים וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געשריבן אויף א גרינגע לשון פאר פשוט'ע מענטשן ווי מיר זענען, וועקט אויף דעם מענטש מען זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, און ווען מען פאלגט די עצות איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק.


לאז נישט אפ די הייליגע ארבעט פון "הפצה"; וואו דו גייסט און וואו דו שטייסט זאלסטו האלטן פאר דיינע אויגן 'ווי קען איך מזכה זיין נאך א איד מיט די ספרים און קונטרסים?' דאס וועט זיין א תיקון פאר אלע דיינע מעשים וואס דו דארפסט מתקן זיין, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", אז מען האט געזינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן און מען וויל מתקן זיין די עבירה, זאל מען עוסק זיין אין צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.


עס איז דא אסאך ליצנות אויף הפצה, די וואס גייען הפצה דארפן אריבער גיין שוועריקייטן; מענטשן לאכן, מענטשן שפעטן וכו' וכו', אבער אז מען ווייסט דאס חשיבות פון הפצה פאלן אוועק אלע מניעות, מען ווערט נישט געשטערט פון גארנישט. קוק אריין אין די ווערטער וואס דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


ווען מען מאכט ליצנות, מען רעדט קעגן די ספרים - זאלסטו נישט אריין גיין אין ויכוחים און זיכער נישט נעמען געלט פון אזא איינעם, געדענק וואס שלמה המלך, דער חכם פון די וועלט זאגט (משלי כו, ד): "אַל תַּעַן כְּסִיל כְּאִוַּלְתּוֹ", ענטפער נישט דעם נאר, "פֶּן תִּשְׁוֶה לּוֹ גַם אָתָּה", ווייל ווער עס ענטפערט א נאר איז אליינס א נאר; דו גיי הפצה און אז מען מאכט חוזק וכו' - זאלסטו מקיים זיין וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לב.): "שַׁבְקֵיהּ לְרָוְיָא - דְּמִנַּפְשֵׁיהּ נָפִיל", קריג זיך נישט מיט א שיכור'ן מענטש, דארפסט אים נישט אראפ ווארפן ווייל ער וועט פון זיך אליינס פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1136 - מיינע קאלעגעס ביי די ארבעט רעדן אויף מיר, וואס טו איך?
חינוך הילדים, פרנסה, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל וואס ארבעט מיט'ן זיך אפגעבן קליינע קינדער, איך האב צוויי קינדער מיט וועמען איך דארף זיך אפגעבן, און אזוי זענען דא דארט נאך מיידלעך וואס יעדער האט צוויי קינדער זיך אפצוגעבן מיט זיי.


לעצטנס האב איך צוריק געהערט אז א געוויסע מיידל וואס ארבעט דארט רעדט צו די עלטערן פון די קינדער מיט וועמען איך געב זיך אפ, און זי זאגט זיי אז איך טו גארנישט מיט זיי א גאנצן טאג, זיי קלאצן סתם אוועק. דאס איז נישט אמת, איך געב זיך ברוך ה' זייער גוט אפ מיט זיי, און עס טוט מיר שרעקליך וויי אז זי לאזט סתם אזוי ארויס א שלעכטע נאמען אויף מיר.


איך וויל וויסן אויב איך מעג רעדן צו די עלטערן און צו די אנפירער פון דעם פלאץ דערוועגן, אדער עפעס אנדערש וואס איך קען טון איבער דעם, ווייל ס'טוט מיר באמת זייער שטארק וויי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געווענליך גייט עס אזוי צווישן ארבעטער, ווען מען זעט איינעם מצליח זיין מיט די ארבעט ווערט א שטיקל קנאה, איינער פרובירט אויפצועסן דעם צווייטן; די אלע וואס רעדן אויף א צווייטן און זוכן אונטערצוברענגען א צווייטן - אלץ נעמט זיך פון די שלעכטע מדה פון קנאה. די מדה פון קנאה איז די עקלדיגסטע מדה וואס איז דא, מען ווערט געבוירן מיט דעם, מען לעבט מיט דעם און מען שטארבט מיט דעם; אלע צרות וואס מענטשן ליידן אין לעבן איז אלץ פון קנאה, ווען מען איז מקנא א צווייטן, מען טראכט שטענדיג אז א צווייטער האט א בעסערע לעבן.


עס הייבט זיך נאך אן ווען מען ווערט געבוירן; ווען א קינד ווערט געבוירן ווערט א גרויסע שמחה, אלע שפילן זיך מיט'ן קינד, מען געבט אים כבוד איבער'ן קאפ, ביז ווען עס קומט א צווייטע קינד און די משפחה הייבט אן געבן כבוד און אויפמערקזאמקייט פאר'ן צווייטן, דעמאלט קען מען זען ווי דער עלטערער קינד ווערט פשוט משוגע, ער קען עס נישט נעמען, ער איז מקנא דעם יונגערן, דאס מאכט אז דער עלטערער זוכט נאר ווי ער קען טשעפען דעם יונגערן, ער ציפט און שלאגט.


נאכדעם ווען מען ווערט עלטער וואקסט מיט די קנאה, מען טראכט שטענדיג 'דעם גייט גוט, יענעם גייט גוט', מען עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף אויף נאך די פטירה, אז אויב א מענטש האט קיינעם נישט מקנא געווען וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן; א מענטש וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט בחיים חיותו; במשך זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם?' 'פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענער?' 'פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענעם?' וואס באמת דארף א מענטש וויסן אז אויב דער אייבערשטער האט דיר געגעבן די סארט לעבן; אזא ווייב, אזעלכע קינדער, וכו' וכו', דארף מען גלייבן אז דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, און בעסער קען נישט זיין.


אינטערעסאנט איז, די מדה פון קנאה גייט מיט מיט'ן מענטש אפילו נאכן שטארבן, דער רבי האט געזאגט: "ווען א נפטר וואלט זיך ווען געקענט אויפשטעלן אינמיטן די לוי' ציילן וויפיל מענטשן זענען געקומען צו זיין לוי' וואלט ער נישט אויסגעהאלטן פארוואס א צווייטער האט געהאט א גרעסערע לוי' פון אים", אזוי שטארק גייט די טפשות פון קנאה.


די גאנצע גלות וואס מיר ליידן איז נאר פון קנאה; מען קריגט זיך, מען טוט שלעכטס איינער פאר'ן צווייטן, אלץ ווייל מען טראכט: 'יענער האט מער', 'יענער איז מער געלונגען'; דעריבער זאגט דער רבי (ספר המדות, אות קנאה, סימן א): "כְּשֶׁיִּתְבַּטֵּל הַקִּנְאָה, אֲזַי יִהְיֶה קִבּוּץ גָּלֻיּוֹת", ווען עס וועט זיך ענדיגן קנאה, קיינער וועט נישט גליסטן אויף א צווייטן, וועלן מיר צוריק גיין אלע אינאיינעם קיין ארץ ישראל.


מען דארף זייער אסאך ארבעטן אויסצורייסן די שלעכטע מדה, דאס קען מען נאר אז מען ווערט מקורב צום צדיק, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן ה): "עַל יְדֵי בִּיאָתְךָ לַצַּדִּיק יִתְבַּטֵּל מִמְּךָ הַקִּנְאָה", אז מען קומט צו א צדיק ווערט בטל די שלעכטע מדה פון קנאה; דער צדיק עפנט אויף די אויגן, מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען הייבט אן לעבן מיט'ן אייבערשטן, מען טראכט נישט פון א צווייטן, מען קוקט נישט אויף א צווייטן; מען איז שמח בחלקו, מען פריידט זיך מיט וואס דער אייבערשטער געבט.


נעמט זיך נישט צום הארצן וואס מען רעדט אויף אייך, איר זאלט ווייטער טון אייער ארבעט מיט א געטריישאפט, איר זאלט אפילו נישט פרובירן זיך פארענטפערן ווייל איר וועט סיי ווי נישט קענען. געדענקט וואס דער הייליגער תנא עקביא בן מהללאל האט געזאגט פאר זיין זון ווען ער האט אים געבעטן ער זאל רעדן און מסביר זיין מען זאל אים העלפן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עדיות ה, ז): ווען עקביא בן מהללאל האט געהאלטן פאר'ן נפטר ווערן, האט אים זיין זון געבעטן: "אַבָּא, פְּקּוֹד עָלַי לְחֲבֵרֶיךָ", זאג פאר דיינע חברים זיי זאלן מיר מקרב זיין. האט אים עקביא בן מהללאל געענטפערט: "אֵינִי מַפְקִיד", איך זאג זיי גארנישט וועגן דיר; האט ער געפרעגט: "שֶׁמָּא עַוְלָה מָצָאתָ בִּי", טאטע, ביסט ברוגז אויף מיר? האסט געטראפן אין מיר א זאך וואס איך טו נישט גוט, אז דו ווילסט נישט בעטן די חברים זיי זאלן מיר מקרב זיין? האט ער אים געענטפערט: "ניין, איך בין נישט ברוגז אויף דיר, נאר 'מַעֲשֶׂיךָ יְקָרְבוּךָ וּמַעֲשֶׂיךָ יְרַחֲקוּךָ', דיינע גוטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מקרב זיין, און דיינע שלעכטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מרחק זיין".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1135 - וואס טו איך אז מיין טאטע טשעפעט מיר פאר'ן פארן קיין אומאן?
אומאן, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו זיין אין אומאן ראש השנה תשפ"א, נאכ'ן ארויספארן פרי און זיך וואלגערן אין פרעמדע מדינות האב איך געצאלט דריי טויזנט דאלער און ברוך ה' אנגעקומען.


יעצט רייסט מיר מיין טאטע אראפ פאר בל תשחית אויף אידיש געלט, און דאס טוט מיר זייער וויי, וואס קען מיר די ראש ישיבה מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס, דארפסטו מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁהָיָה אֶצְלִי עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמוֹחַ מְאֹד כָּל הַשָּׁנָה", ווער עס האט זוכה געווען צו זיין ביי מיר ראש השנה דארף זיך א גאנץ יאר פרייען; בפרט די יאר ווען עס איז אריבער אזויפיל שוועריקייטן צו קענען זיין ביים רבי'ן ראש השנה - דארף מען זיין משונה פרייליך.


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס עס מיינט זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון, רבי נתן האט געזאגט: "דער עונש פון מגלגול ווערן, דארפן נאכאמאל אראפקומען אויף די וועלט - איז זייער א גרויסער עונש, מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער און יסורים וואס א נשמה מאכט מיט ווען מען שיקט איר אראפ נאכאמאל אויף די וועלט", דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמו) מען זאל זיך עקשנ'ען אויבן אין הימל ביים בית דין של מעלה און זאגן: "עקט מיט מיר דא, איך וויל נישט דעם עונש פון גלגול", ווען מען שטייט פאר'ן בית דין של מעלה זאל מען זאגן פאר'ן בית דין של מעלה אז מען איז גרייט צו נעמען אויף זיך אלע שטראפן, אלע גיהנום'ס - אבי נישט צו דארפן נאכאמאל אראפ קומען בזה העולם, "מיט דעם אלעם" - האט רבי נתן געזאגט: "אויב מען וועט מיר געבן די מעגליכקייט נאכאמאל צו קענען גיין צום רבינ'ס ציון וועל איך ענדערש אראפ קומען נאכאמאל אויף די וועלט, אבי צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון".


מענטשן פארשטייען נישט וואס גייט פאר, פארוואס זענען ברסלב'ע חסידים גרייט צו טון אלעס אויף די וועלט צו קענען זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה? יעדער איינער פון אנשי שלומינו האט אויסגעגעבן די יאר שווערע טויזנטער דאלער מען זאל קענען זיין ביים רבינ'ס ציון, צענדליגער טויזנטער אידן האבן זיך געוואלגערט אין מדינות, מען איז געפארן פון איין עירפארט צום צווייטן, מענטשן זענען געשלאפן טעג און נעכט אין עירפארט, מענטשן זענען געבליבן שטעקן אין פעלדער און וועלדער פאר וואכן לאנג אבי מען זאל קענען זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה, קיינער פארשטייט דאס נישט, מען פרעגט די זעלבע שאלה וואס די אומות העולם פרעגן (פיוט אקדמות): "מְנָן וּמָאן הוּא רְחִימָךְ, שְׁפָרָא בְרֵוָתָא, אֲרוּם בְּגִינֵהּ סָפֵית מְדוֹר אַרְיָוָתָא", ווער איז דיין ליבער פריינט? ווער איז דיין שיינקייט - אז דו ביסט גרייט צו ליידן אלע שוועריקייטן?


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה; נאכן הערן אזעלכע ווערטער פון רבי'ן קוקט מען אויף געלט? אינטערעסירט געלט? מען געבט אוועק די גאנצע געלט וואס מען האט - אבי צו זיין ביים רבינ'ס ראש השנה.


נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל ראשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט, ווער עס קומט צו מיר אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר; נאכן הערן אזעלכע ווערטער פון רבי'ן קוקט מען אויף געלט? אינטערעסירט נאך געלט? מען געבט אוועק די גאנצע געלט וואס מען האט אבי צו זיין ביים רבינ'ס ראש השנה, מען מאכט זיך א חשבון, חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך (ביצה טז.): "כָּל מְזוֹנוֹתָיו שֶׁל אָדָם קְצוּבִים לוֹ מֵרֹאשׁ הַשָׁנָה וְעַד יוֹם הַכִּפּוּרִים, חוּץ מְהוֹצָאַת שַׁבָּתוֹת וְהוֹצָאַת יוֹם טוֹב וְהוֹצָאַת בָּנָיו לְתַלְמוּד תּוֹרָה, שֶׁאִם פָּחַת פּוֹחֲתִין לוֹ, וְאִם הוֹסִיף מוֹסִיפִין לוֹ", ראש השנה שרייבט מען אפ דעם בודשעט פונעם יאר; ביים רבי'ן קען מען אויסבעטן א גרעסערע פרנסה און דער רבי צאלט צוריק די גאנצע שפעזן וואס עס קאסט צו קומען צו אים.


ראש השנה שרייבט מען אפ אלעס וואס וועט פאסירן מיט'ן מענטש און מיט זיין ווייב און קינדער, אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען: "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יִכָּתֵבוּן, וּבְיוֹם צוֹם כִּפּוּר יֵחָתֵמוּן - כַּמָּה יַעַבְרוּן וְכַמָּה יִבָּרֵאוּן, מִי יִחְיֶה וּמִי יָמוּת, מִי בְקִצּוֹ וּמִי לֹא בְקִצּוֹ, מִי בָאֵשׁ, וּמִי בַמַּיִם, מִי בַחֶרֶב, וּמִי בָרָעָב, מִי בָרַעַשׁ, וּמִי בַמַּגֵּפָה"; און נאך מער ווי דאס וואס מען רעכנט אויס ליגט צווישן די ווערטער, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תסו): "ווען דער חזן זאגט 'מִי... וּמִי...' איז מרומז אלעס וואס שטייט נישט אויסגערעכנט אינעם פיוט פון ונתנה תוקף"; פרעג איך דיר, אויב עס ווארט דיר חס ושלום א שווערע משפט, דו דארפסט זוכן א גרויסער לויער (עורך דין) זאל דיר ראטעווען פון דעם גרויסן משפט, וואלסטו געקוקט אויף געלט? וואלט דיר אינטערעסירט געלט? א מענטש וואלט אוועק געגעבן אלעס אויף די וועלט אבי ער זאל לעבן, "עוֹר בְּעַד עוֹר, וְכֹל אֲשֶׁר לָאִישׁ, יִתֵּן בְּעַד נַפְשׁוֹ (איוב ב, ד), זאגט רש"י: "כֵּן דֶרֶךְ בְּנֵי אָדָם; כְּשֶׁרוֹאֶה הַחֶרֶב בָּאָה עַל רֹאשׁוֹ, מֵגִין בִּזְרוֹעוֹ לְפָנָיו, וְכָל שֶׁכֵּן כָּל אַשֶׁר לְאִישׁ בְּמָמוֹן - יִתֵּן", ווען א מענטש זעט אז מען וויל אים חס ושלום שטעכן אין קאפ, לייגט מען די האנט - מען זאל ענדערש צעשטעכן די האנט ווי איידער דעם קאפ וכו', און זיכער אז מען וועט זיך ראטעווען מיט געלט ווי איידער מען זאל חס ושלום געשעדיגט ווערן.


ענטפער נישט ווען מען טשעפעט דיר, בפרט טאטע מאמע טאר מען קיינמאל נישט ענטפערן. נעם אן די שטעכן און טשעפען פאר כפרת עוונות און זיי פרייליך אז דו האסט זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן, און בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג דו זאלסט זוכה זיין צו קענען זיין קומענדיגן יאר מיט משיח צדקינו ביים הייליגן רבינ'ס ציון, אמן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1134 - ווי אזוי קען איך אוועקנעמען מיין מאן פון זיין טעבלעט?
שלום בית, סבלנות, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, קאמפיוטער, מאוויס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און איך פרוביר זייער שטארק פאלגן אלע עצות וואס דער רבי לערנט אונז.


מיין מאן איז א צדיק, ער שטייט אויף זייער פרי צו קענען דאווענען געהעריג מיט מנין, ער ארבעט שווער און מאכט צייט צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד. און ספעציעל פירט ער זיך זייער שיין אויף אינדערהיים און העלפט ארויס מיט די קינדערלעך ווען ער קען, איך האב ברוך ה' א לעכטיגע שיינע לעבן.


מיין שאלה איז, דער ראש ישיבה רעדט כסדר פון פארקוקן און סובל זיין, וויל איך וויסן וויפיל איז די שיעור? מיין מאן האט איין שוואכקייט וואס שטערט מיך, נאך די ארבעט לופטערט ער זיך אויס מיט זיין ארבעט'ס טעבלעט, איך ווייס אז ער קוקט נאר מוזיק ווידיאס און נישט מער, אבער ס'גייט מיך אין לעבן.


איך מאך אסאך תפילה אויף דעם, און כ'האב פרובירט צו רעדן שיין צו אים דערוועגן, אבער גארנישט האט זיך געטוישט. עס שטערט מיך אים צו זען דערמיט. וואס קען איך טון אים צו העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן וואס לערנט און דאווענט און העלפט אייך, הערט נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים אז איר האט א ליכטיגע שטוב; וויפיל פרויען וואלטן ווען געוואלט האבן די סארט לעבן, די סארט מאן, די סארט שטוב, א שטוב וואס מען דאווענט, א שטוב וואס דער מאן איז זיך קובע שיעורים צו לערנען, א מאן וואס העלפט?


דאס וואס עס שטערט אייך אז אייער מאן לויפט צום טעבלעט קוקן מוזיק קליפס, איר ווילט א שטוב אן די אלע זאכן; וויסן זאלט איר אז דאס גייט נישט אין איין מינוט. איר דארפט פארשטיין אז די טעבלעט איז א שטארקע מאגנעט, עס ציט זייער שטארק; דאס נעמט אוועק דעם מענטש פון די וועלט, עס טראגט אים אין אן אנדערע וועלט. קליפס און מאוויס איז א זאך וואס איז שטערקער פון אלעס, אינמאל מען הייבט אן דערמיט איז זייער שווער ארויס צו קריכן פון דעם, ווייניג מענטשן וואס קענען זיך ערהוילן פון דעם.


אבער איין זאך איז שטערקער פון דעם, תפילה והתבודות, בעטן דעם אייבערשטן - דאס איז שטערקער פון אלעס; אז איר וועט בעטן טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט אויף דעם - וועט איר זען ווי איר וועט פועל'ן.


מען דארף האבן אסאך סבלנות, מען טאר נישט אויפהערן בעטן דעם אייבערשטן. אפילו מען זעט נישט ווי עס רירט זיך עפעס, מען שפירט נישט ווי איינער הערט וואס מען בעט, מען זעט נישט עפעס זאל זיך טוישן - דארף מען ווייטער זיין געדולדיג און בעטן דעם אייבערשטן ביז מען זעט די ישועה.


דא האט איר א קליינע תפילה צו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין טייערער מאן און פאר מיינע טייערע קינדער; הייליגער באשעפער, דו ביסט אזוי גוט צו מיר, דו געבסט מיר אזויפיל חסדים, האסט מיר געגעבן א ליכטיגע שטוב, איך דאנק דיר פאר אלעס.


הייליגער באשעפער, עס איז דא א זאך וואס טוט מיר זייער וויי, עס שטערט מיר אז מיין מאן לויפט צום טעבלעט, צו זיין טעלעפאן - קוקן קליפס און מאוויס; עס שטערט מיר אזוי שטארק, דאס מאכט מיר אין א שלעכטע גוסטע, דאס מאכט מיר וויינען, איך וויל נישט מיין מאן זאל זיין פארנומען מיט די זאכן. הייליגער באשעפער העלף מיר אז מיין מאן און מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן יראי השם, זיי זאלן נישט פארברענען זייערע יארן מיט נארישע זאכן; לייג אריין אין מיין מאן א הייליגע גייסט, ער זאל פאלגן צדיקים וואס האבן אונז געזאגט מיר זאלן נישט האבן קיין טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער - צו קוקן קליפס און מאוויס.


הייליגער באשעפער, העלף מיר עס זאל נישט שטערן מיין שלום בית; העלף מיר איך זאל קוקן גוט אויף מיין מאן, איך זאל קוקן אויף אים מיט רחמנות, איך זאל אים דן זיין לכף זכות, איך זאל פארשטיין אז עס איז אים שווער דאס אפצולאזן אויף איין מאל; מיר זאלן ווייטער לעבן מיט שלום, מיט ליבשאפט, מיר זאלן ביידע האבן איין ציל, אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט ערליכע אידישע דורות, אמן סלה".


איר וועט נאר קענען פועל'ן אויב איר וועט אים ווייטער ליב האבן, איר וועט קוקן אויף אים גוט; איר וועט פארשטיין אז דאס איז א שוואכקייט, א שווערע נסיון - נאר אזוי וועט איר עס קענען פועל'ן. איר זאלט חס ושלום נישט לאזן דעם פרומען יצר הרע אפקילן דאס ליבשאפט פון ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1133 - ווי אזוי קען איך זיך אפגעוואוינען פון נייעס און פאליטיק?
שבת קודש, חינוך הילדים, היטן די צייט, תכלית, נייעס, פאליטיק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס האט מיר אלעמאל שטארק געצויגן מיטצוהאלטן נייעס, ספעציעל אמעריקאנע פאליטיק, אבער ספעציעל די לעצטע פאר יאר ווען די נייעס קאכט אזוי שטארק יעדן טאג, ציעט עס מיר נאך אסאך מער.


איך קום שבת אין שול, און יעדער רעדט נאר פון די נייעס און פאליטיק, און איך ווער אויך אריינגעצויגן אין די שמועסן, איך שעם זיך אבער נאכדעם פון מיר אליין אז ס'איז שבת קודש און איך האב נישט קיין בעסערע דאגות נאר צו רעדן איבער נארישע פאליטיק.


וואס איז די עצה זיך אפצוגעוואוינען פון זיין פארנומען אזויפיל מיט'ן הערן און ליינען די נייעס, סיי אום שבת קודש, און סיי איבער די גאנצע וואך? איך ווייס אז עס פארברענט מיר אזויפיל טייערע שעות יעדן איינציגן טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואו מען גייט און וואו מען שטייט זעט מען ווי מענטשן קאכן זיך אין פאליטיק, א טייל פרייען זיך מיט'ן געווינס פונעם נייעם פרעזידענט און א טייל בייזערן זיך; פרעג די וואס פרייען זיך: 'מיט וואס פרייסטו זיך? וואס האט דאס מיט דיר?' און פרעג די וואס בייזערן זיך אז דער פרעזידענט האט פארלוירן: 'וואס גייט דיר עס אן? וואס איז דאס נוגע פאר דיר?' קיינער פון זיי וועט נישט האבן וואס צו ענטפערן, ווייל די גאנצע פאליטיק, פארוועם מען זאל שטימען, ווער עס גייט געווינען, ווער עס האט געווינען - איז איין גרויסער דמיון.


ווייניג מענטשן האבן די שכל נישט צו פארברענען די צייט פון לעבן מיט זאכן וואס געבט נישט צו פאר'ן לעבן; מיר דארפן געדענקען וואס דער רבי מאנט פון אונז, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; ווען מען טראכט אריין זעט מען אז די טעג פונעם לעבן פליען אריבער אזוי שנעל ווי א שאטן, "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה (דברי הימים-א כט, טו)", זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי א שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווילאנג עס גייט אריבער, אדער ווי א שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן, דאס לעבן גייט אריבער אזוי שנעל ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


מען האט אמאל געזען ווי רבי נתן רעדט דיבורי התחזקות מיט א קינד, האט מען אים געפרעגט פארוואס ער פארברענגט מיט א קינד, האט רבי נתן געזאגט מיט א ניגון: "אט איז מען א אינגל, אט איז מען א בחור, אט איז מען א אינגערמאן, אט איז מען אן אלטער איד און אט פירט מען שוין צום אייביגן ארט - צום בית החיים"; יעדע פאר יאר קומט פרישע וואלן, מען קאכט זיך אין פאליטיק, מען כאפט נישט אז דערווייל גייען אריבער די יארן און עס בלייבט גארנישט איבער פון דעם, מען האט גארנישט פון דעם.


א רחמנות אויף די וואס קאכן זיך אין פאליטיק; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי אָדָם, וְיָדוֹ סְגוּרָה וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן מיט א פארמאכט האנט, ער פאפט אויס אלעמען און פרעגט זיי: "וואס האב איך אין מיין האנט?" און פאר יעדעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם", ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט, אזוי אויך - זאגט דער רבי - איז מיט'ן יצר הרע, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע, שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש אז ער זאל אים נאכלויפן ווייל אזוי וועט ער באקומען אלע זיינע תאוות, אבער ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט, עפנט ער זיין האנט און דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט, ער איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


גיי ארויס פון די דמיונות פון פאליטיק, בפרט שבת קודש; שבת איז נישט א צייט פון פאליטיק, שבת איז א טאג פון נאנט ווערן צום אייבערשטן. די הייליגע חכמים זאגן (זוהר הקדוש ויקהל, רה:) "הַאי יוֹמָא, יוֹמָא דְנִשְׁמָתִין הוּא וְלֹא יוֹמָא דְגוּפָא", שבת איז א טאג פאר די נשמה, נישט פאר'ן גוף, שבת איז א צייט וואס מען דארף זיך אנגרייטן ליום שכולו שבת. די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק א) אויפ'ן פסוק (תהלים קלט, טז): "יָמִים יֻצָּרוּ וְלוֹ אֶחָד בָּהֶם" - דאס גייט ארויף אויף שבת קודש, "אַף עַל פִּי שֶׁאַתֶּם עוֹשִׂים מְלָאכָה כָּל שִׁשָׁה יָמִים", אפילו מען ארבעט א גאנצע וואך, "יוֹם הַשַׁבָּת יַעֲשֶׁה כּוּלוּ תּוֹרָה", זאל מען שבת אויסנוצן מיט לערנען די הייליגע תורה, "מִכָּאן אָמְרוּ: לְעוֹלָם יַשְׁכִּים אָדָם וְיִשְׁנֶה בְּשַׁבָּת, וְיֵלֵךְ לְבֵּית הַכְּנֶסֶת וּלְבֵית הַמִדְרָשׁ, יִקְרָא בַּתּוֹרָה וְיִשְׁנֶה בַּנְּבִיאִים", דערפאר זאל א מענטש אויפשטיין שבת אינדערפרי און גיין אין שול לערנען און דאווענען, "וְאַחַר יֵלֵךְ לְבֵיתוֹ וְיֹאכַל וְיִשְׁתֶּה", און נאכדעם אהיים גיין מאכן די סעודה, "לְפִי שֶׁאֵין לוֹ מְנוּחָה לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא עִם עוֹשֵׂי תּוֹרָה בִּלְבַד", ווייל דער אייבערשטער האט נישט קיין נחת רוח נאר פון די וואס לערנען די הייליגע תורה. "מִכָּאן אָמְרוּ: שֶׁיִּקְרָא אָדָם כְּדֵי שֶׁלֹא תַּשִׂיגֶנוּ בּוּשָׁה וּכְלִימָּה בְּשָׁעָה שֶׁאוֹמְרִים לוֹ: 'עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ', 'עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנֶה שֶׁשָׁנִיתָ'", א מענטש זאל זען צו לערנען חומש און משניות, ווייל ווען מען קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען דעם מענטש: "הייב אן זאגן חומש וואס דו האסט געלערנט, הייב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט", ווי גרויס וועט זיין די בושה אז מען וועט בלייבן שטיין מיט אן אפענעם מויל און מען וועט נישט האבן וואס צו ענטפערן.


שבת איז א צייט פון חינוך הילדים, אנשטאט שטיין אין שול רעדן מיט חברים פאליטיק - גיי אהיים מיט דיינע קינדער מאכן די סעודה. פרייטאג צו נאכטס נאכן דאווענען קומען מלאכים און זיי באגלייטן דעם מענטש ביזן שטוב (שבת קיט:), עס איז נישט קיין כבוד צו לאזן די מלאכים ווארטן ביז מען ענדיגט שמועסן, מען דארף גלייך אהיים גיין מאכן די סעודה, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'ענט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רעא, סעיף א): "כְּשֶׁיָּבֹא לְבֵיתוֹ יְמַהֵר לֶאֱכֹל מִיַּד", מען דארף גלייך אהיים גיין מאכן די סעודה; פון די אלע שמועסעלעך בלייבט גארנישט איבער, אנשטאט שמועסן אין שול פאליטיק, גיי אהיים און שמועס מיט דיין ווייב און קינדער פון די פרשה, דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים און מעשיות פון תפילה.


וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, ער האט נישט קיין שייכות מיט קיין שום פאליטיק; ער לעבט מיט'ן אייבערשטן, ער לעבט מיט תכלית; דער וועט זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1132 - זאל איך זיך איינגעבן אוועקצוגעבן א ניר?
רפואה, חסד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל זיך איינשרייבן און טעסטן אוועקצוגעבן א ניר.


איך בין יעצט זייער אנגעווארעמט אוועק צו געבן א ניר, איינער פון מיין משפחה האט לעצטנס געהאט די זכי' צו געבן א ניר פאר א צווייטן, האב איך אנגעהויבן טראכטן דערפון.


אויך ווייס איך פון איינעם וואס האט לעצטנס באקומען א ניר נאכ'ן ווארטן דערויף אפאר יאר.


איך בין זייער איבערגענומען פון דעם אז דער אייבערשטער האט באשאפן א מענטש מיט צוויי נירן און מ'קען אוועק געבן איינס און געבן פאר א מענטש די מתנה פון לעבן.


אוודאי פרוביר איך צו געבן עכטע לעבן פאר מענטשן דורכ'ן עוסק זיין אין הפצה, פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים און עצות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איינער פרעגט דיין שאלה פון מוהרא"ש (שאלות ותשובות ברסלב חלק יט, מכתב ב' תיח): "רציתי לדעת את דעתכם בעניין תרומות כליה למישהו אחר", איך וויל וויסן וואס מוהרא"ש האלט איבער אוועק געבן א ניר פאר א צווייטן, "האם כששומעים שיש חולה מחולי ישראל הנצרך להשתלת כליה יש חובה לתרום לו", ווען מען הערט אז איד דארף א ניר איז דא א חיוב אוועק צו געבן א ניר, "או שזה רק ענין של צדקה והדבר תלוי ברצונו של האדם", אדער דאס איז אן ענין פון צדקה און נאר אויב מען וויל קען מען דאס טון? "אשמח מאוד למענה מהצדיק", איך וועל זיך זייער פרייען צו הערן וואס מוהרא"ש האלט.


און מוהרא"ש ענטפערט: "אדם צריך מאד מאד לשמור על הבריאות שלו", מען דארף זיך זייער היטן מען זאל זיין געזונט, "והוא לא מחויב בכלל לתת את הכליה שלו לאחר", עס איז נישטא קיין שום חיוב מען זאל אוועק געבן א ניר פאר א צווייטן, "רק אם הוא רוצה, וכמובן לאח או לאחות, אבל זה רק בתורת רצון, ולא מוכרח", אויב מען וויל אוועק געבן פאר א נאנטן אין די משפחה, א ברודער אדער שוועסטער - דעמאלט קען מען דאס טון, נאר אז מען וויל, "הקדוש ברוך הוא ישלח רפואה שלימה לכל חולי ישראל, ושלא יצטרכו עם ישראל זה לזה", דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידן זאלן זיין געזונט און שטארק, מען זאל נישט דארפן צוקומען איינער צום צווייטן, "ויהיו כולם בריאים בנפשם ובשכלם", אלע זאלן זיין געזונט און שטארק.


פון דעם בריוו זעט מען אז מוהרא"ש האט געהאלטן מען זאל דאס נישט טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1131 - כ'האב צופיל צו בעטן דעם אייבערשטן, ווי אזוי קען מען אלעס בעטן?
סבלנות, תפילה והתבודדות, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א 14 יעריגער בחור, פארגאנגענע יאר האבן מיר געהאט די זכות אז מיין משפחה זאל מקורב ווערן צו היכל הקודש, און דאס האט אונז געגעבן א נייע לעבן, ספעציעל די זאך פון רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, וואס איז ממש די גרעסטע ישועה.


איך האב אבער א פראבלעם אז ווען איך הויב רעדן צום אייבערשטן, קומט מיר גלייך אריין אין קאפ א לאנגע ליסטע פון זאכן אויף וואס איך דארף בעטן, איך וויל בעטן אויף אלעס, אבער ס'ווערט שוין צו סאך און לאנג און איך פארליר די אפעטיט.


פון איין זייט וויל איך בעטן אויף אלעס, ווייל אן תפלה באקומט מען גארנישט, פון די אנדערע זייט איז עס אבער צו סאך און לאנג. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער נישט דערשראקן, נעם נישט קיין פרעשור פון התבודדות; מאך זיך א "תפילה צעטל", זיי זיך מסדר אלעס וואס דו ווילסט בעטן דעם אייבערשטן, און ווען דו וועסט האבן אפאר מינוט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן לויט דעם סדר, אזוי וועסטו נישט ווערן מבולבל.


געווענליך מאכט מען זיך א צעטל, מען שרייבט אראפ זאכן וואס מען דארף מסדר זיין במשך דעם טאג; אז נישט, מאכט זיך אז מען פארגעסט גאר וויכטיגע זאכן, מען נעמט דעם צעטל אפאר מאל א טאג זיך צו דערמאנען וואס מען דארף אלץ טון, וואס דארף אלץ ווערן ערלעדיגט; אזוי דארף מען טון מיט תפילה. מען מאכט זיך א "תפילה צעטל", מען איז מסדר קלאר און דייטליך וואס מען דארף אלץ ערלעדיגן, וואס מען וויל אלץ אויסבעטן ביים אייבערשטן, אזוי אויך שלעכטע נאטורן וואס מען וויל טוישן און נישט גוטע זאכן וואס דער יצר הרע מאכט מען זאל וועלן און גליסטן, דאס אלעס שרייבט מען אראפ אין ראשי פרקים, אזוי קען מען רעדן צום אייבערשטן מיט א סדר.


בעיקר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין פרייליך, ווייל דער פרייליכער מענטש האט שוין סיי ווי אלצדינג, אלע פראבלעמען זענען דא ווילאנג מען איז נישט פרייליך; ווייל ווען מען איז פרייליך, מען נעמט אריין דעם אייבערשטן, מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, טוט אלעס און איז אלעס - דעמאלט פעלט גארנישט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "כָּל מִינֵי צַעַר וְכָל הַיִּסּוּרִים אֵינָם רַק מֵחֶסְרוֹן הַדַּעַת", אלע צרות און אלע יסורים איז נאר ווען מען האט נישט קיין אמונה, "כִּי מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ דַּעַת וְיוֹדֵעַ שֶׁהַכּל בְּהַשְׁגָּחָה מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֵין לוֹ שׁוּם יִסּוּרִין, וְאֵינוֹ מַרְגִּישׁ שׁוּם צַעַר", ווען מען האט אמונה, מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז גארנישט דא אויסער אים, דעמאלט איז נישטא קיין יסורים און קיין שום צער, אפילו די צער און יסורים וואס מען האט ווען מען איז קראנק, זאגט דער רבי - "אַף עַל פִּי כֵן הַיִּסּוּרִים קַלִּים מְאֹד וְנוֹחִים לְהִתְקַבֵּל", עס איז גרינגער די יסורים, מען קען עס גרינגער פארטראגן, "בְּעֵת שֶׁיּוֹדֵעַ בְּדַעַת בָּרוּר שֶׁהַכֹּל בְּהַשְׁגָּחָה מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווייל ווען מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער און ער טוט אלעס מיט א פונקטליכער חשבון.


דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף די נקודה; דו זאלסט זיין פרייליך, דו זאלסט נישט פארגעסן פון אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1130 - וואס טו איך אז ס'איז זייער שווער פאר מיין ווייב זיך צו שערן די האר?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך אויסדרוקן א דאנק פון טיפעניש פון הארץ אויף די פילע חיזוק וואס איך באקום פונעם ראש ישיבה שליט"א די לעצטע פאר יאר וואס איך הער די שיעורים.


דער אייבערשטער האט מיר ברוך ה' געגעבן זייער א וואוילע און ערליכע ווייב פון גאר א גוטע שטוב. זי האט אבער געלערנט אין א שולע וואס דארט איז די מסורה אז די פרויען שערן זיך נישט די האר נאך די חתונה, און פארשטייט זיך אז מ'האט קיינמאל נישט גערעדט דארט איבער דעם ענין צו די מיידלעך. אין צוגאב וואוינען מיר אין א ליטווישע געגנט, פול מיט ערליכע אידן, אבער ביי זיי שערן זיך נישט די פרויען, און אסאך פון אירע חבר'טעס שערן זיך נישט, און דאס מאכט זייער שווער פאר מיין ווייב דאס זיך שערן.


די ערשטע פאר יאר נאך די חתונה האט זי מיר נישט געזאגט איבער דעם וואס זי וויל באמת זיך נישט שערן, ווייל זי האט מיר נישט געוואלט מצער זיין, אבער איין טאג איז אונטערגעקומען א מעשה וואס דאס האט געברענגט זי זאל מיר אויסזאגן דעם אמת ווי שווער ס'איז פאר איר, מיר האבן געהערט פון איינעם וואס מ'האט זיי גע'פסק'נט אז א פרוי דארף זיך נישט שערן, און דעמאלט האט זי ארויסגעזאגט דעם אמת אז זי וואלט גרייט געווען צו בלייבן א מיידל פאר נאך עטליכע יאר אבי זיך נישט צו דארפן שערן, און זי קען נישט פארשטיין ווי אזוי ס'קען זיין גאנצע ערליכע קהלות ביי אידן וואו מ'שערט זיך נישט, און ווי אזוי קען זיין אז בלויז ווייל מיר זענען געבוירן געווארן אין די קהלה, נאר דערפאר מוזן מיר זיך יא שערן, און ס'איז ממש אזוי הארב.


איך האב מסתמא נישט געטון ריכטיג, אבער איך האב איר דעמאלט געזאגט אז מסתמא איז עס טאקע נישט אזוי געפערליך, איך האב געזען אין ספרים אז דער עיקר איסור איז ווייל אויב האט מען האר וועט מען עס אויפדעקן, און איך ווייס אויף זיכער אז ביי מיין ווייב וועט דאס נישט פאסירן. און דעמאלט איז געווען א שטיק צייט וואס זי האט זיך נישט געשוירן, און דאן האט זי ממש אויפגעלעבט, זי איז ממש געווארן א נייער מענטש, די גאנצע שטוב האט אויפגעלעבט, און אונזער שלום בית איז געווארן פיל בעסער.


בקיצור איז דורכגעגאנגען נאך אסאך צייט זייט דעמאלט, עליות און ירידות, ווען איך האב אנגעהויבן שפירן אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן האט זי זיך ווידער געשוירן און ווידער אריינגעפאלן אין דעפרעסיע, און דערנאך ווידער נישט געשוירן און געווארן אויפגעלעבט, און אזוי אהין און צוריק. פון איין זייט האב איך געזען תשובות אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, און פון די אנדערע זייט איז אונזער מסורה זייער שטארק יא צו שערן און איך האב געליינט בריוו אויך פונעם ראש ישיבה איבער די הארבקייט פון די זאך.


די שאלה איז אויב ס'איז בעסער מוותר צו זיין אויף די מסורה ענדערש ווי אריינצופאלן אין דעפרעסיע וואס קען ברענגען פראבלעמען און עבירות? אפשר איז גאר יצא שכרו בהפסידו, אפשר וועל איך באקומען שכר פאר'ן יא ברעכן די מסורה אין אזא פאל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען נישט באצווינגען א צווייטן און זיכער נישט א ווייב; זייער אסאך פראבלעמען קומען ארויס ווען מען באצווינגט א ווייב.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "לְעוֹלָם אַל יַטִּיל אָדָם אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", א מענטש זאל קיינמאל נישט ווארפן א שרעק אין שטוב אויף זיין ווייב, "שֶׁהֲרֵי פִּילֶגֶשׁ בַּגִּבְעָה הֵטִיל עָלֶיהָ בַּעֲלָהּ אֵימָה יְתֵירָה, וְהִפִּילָה כַּמָּה רְבָבוֹת מִיִּשְׂרָאֵל", ווייל די מעשה פון פילגש בגבעה, ווי צענדליגער טויזנטער אידן זענען גע'הרג'עט געווארן, האט זיך אנגעפאנגען מיט דעם וואס איינער האט געלייגט א פחד אויף זיין ווייב, נאך זאגן די הייליגע חכמים (שם): "כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ, סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלֹשׁ עֲבֵירוֹת, גִלוּי עֲרָיוֹת, שְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת", ווער עס ווארפט א פחד אויף זיין ווייב וועט נאכדעם צוקומען צו די דריי הארבע עבירות: גילוי עריות, שפיכות דמים און חילול שבת.


קיינער האט נאך נישט מצליח געווען דורך באצווינגען די ווייב; וואס איז יא שייך צו טון? שיין רעדן. שיין רעדן קען מען יא, שיין רעדן דאס איז די וועג צו מצליח זיין, מען קען נישט נעמען א כלה נאך די חתונה איר אפשערן די האר אן דעם וואס זי זאל וויסן דאס חשיבות דערפון. עלטערן דארפן רעדן צו זייערע קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, זיי דערציילן וואס צדיקים האבן געזאגט וואס מען באקומט ווען מען שערט זיך אפ די האר, זיי דערציילן דאס חשיבות און שכר וואס דער אייבערשטער געבט פאר די פרויען, דאס מסירות נפש פון אונזערע עלטערן.


קוק וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר'", די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


בעט דעם אייבערשטן אז דיין שטוב זאל זיך פירן אזוי ווי די צדיקים האבן געוואלט, איך שרייב דיר א קליינע תפלה וואס דו זאלסט בעטן יעדן טאג. מיט תפילה וועט זיך אלעס טוישן, אפילו זאכן וואס זעען אויס ווי מען קען דאס נישט טוישן:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ בֶּעט דִיר זֵייעֶר, לֵייג אַרַיין אַ הֵיילִיגְקֵייט אִין מַיין וַוייבּ, זִי זָאל אַכְטוּנְג גֶעבְּן אַז אִיר הָאר זָאל זַיין אִינְגַאנְצְן צוּגֶעדֶעקְט; אִיךְ הָאבּ זֵייעֶר מוֹרָא פוּן דָאס וָואס שְׁטֵייט אִין זֹהַר הַקָדוֹשׁ (נָשׂא קכה.) אוֹיף אַ פְרוֹי וָואס גֵייט מִיט אוֹיפְגֶעדֶעקְטֶע הָאר, אַז זִי אִיז גוֹרֵם עֶס זָאל זַיין אָרֶעמְקַייט אִין שְׁטוּבּ, אִירֶע קִינְדֶער וֶועלְן נִישְׁט מַצְלִיחַ זַיין אוּן זֵיי וֶועלְן נִישְׁט זַיין חָשׁוּב, אַזוֹי אוֹיךְ אִיז זִי גוֹרֵם אַז דֶער סַמֶ"ךְ מֵ"ם זָאל זַיין אִין אִיר שְׁטוּבּ.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, וָואס זָאל אִיךְ טוּן אַז מַיין וַוייבּ וֶוערְט דֶעפְּרֶעסְט וֶוען זִי טְרַאכְט פוּן זִיךְ שֶׁערְן? אִיךְ וֵוייס נִישְׁט וָואס צוּ טוּן; אַז זִי שֶׁערְט זִיךְ - אִיז זִי דֶערְבִּיטֶערְט, אַז זִי שֶׁערְט זִיךְ נִישְׁט אִיז זִי פְרֵיילִיךְ, אָבֶּער אִיךְ וִויל דָאךְ יָא זִי זָאל זִיךְ אָפְּשֶׁערְן, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער וָואס זָאל אִיךְ טוּן? פוּן אֵיין זַייט וִויל אִיךְ אִיר נִישְׁט וַויי טוּן, אִיךְ וִויל לֶעבְּן מִיט אִיר בְּשָׁלוֹם אוּן מִיט לִיבְּשַׁאפְט, אָבֶּער פוּן דִי אַנְדֶערֶע זַייט וִויל אִיךְ טוּן דַיין וִוילְן אוּן אִיךְ וִויל אוֹיפְשְׁטֶעלְן אַ שְׁטוּבּ מִיט עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, זִי טוּט עֶס נִישְׁט פַאר שְׁלֶעכְטְקֵייט, זִי וֵוייסְט פָּשׁוּט נִישְׁט דִי שֵׁיינְקֵייט דֶערְפוּן. אָנָּא הַשֵּׁם, אִיךְ בֶּעט דִיר הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, גֶעבּ מִיר אַ וֶועג וִוי אַזוֹי אִיךְ זָאל קֶענֶען רֶעדְן מִיט אִיר, אַז זִי זָאל פַארְשְׁטֵיין דִי הַארְבְּקֵייט דֶערְפוּן אוּן זִיךְ אָפְּשֶׁערְן אִיר הָאר אַזוֹי וִוי דִי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים הָאבְּן אוּנְז גֶעלֶערְנְט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1129 - ווי אזוי קען מען באקומען א קלארע הדרכה ווי אזוי צו פירן א שטוב?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, נישט לאנג נאך די חתונה, און איך זע אז אסאך מענטשן האבן שאלות איבער ווי אזוי זיך צו פירן אינדערהיים, אבער דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט נישט קלאר נאר ברמז וועגן צניעות. דער אמת איז אבער אז ס'וואלט יא געדארפט זיין א וועג ווי אזוי צו באקומען א קלארע הדרכה, וואס יא און וואס נישט, איז מיין שאלה ווי אזוי מען קען דאס באקומען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די וועג ווי אזוי צו פירן א אידישע לעבן דארף זיין געבויט אויף די תורה; לערען אסאך גמרא - וועסטו זען ווי אזוי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געלעבט מיט די ווייב. הער נישט אויס קיין מדריכים וואס זענען מדריך חתנים און כלות קעגן די תורה; זיי לערנען פרישות רחמנא לצלן. פרישות איז קעגן די תורה, פרישות איז אן עצה אראפצואווארפן אין עבירות, אנטלויף פון די וואס לערנען קעגן די תורה.


אין ברסלב איז געווען זייער א גרויסער צדיק, הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכרונו לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"), א העכערער סארט מענטש. ער פאר זיך איז געווען אפגעשיידט פון די וועלט, מיט דעם אלעם ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות בענינים של בינו לבינה וכו', פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן אין הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות טהרה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער ווען מען מעג, מעג מען אלעס וכו', און מען זאל זיך נישט מבלבל זיין פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר ווייזן ווי אזוי זיך צו פירן, וואס צו טון; שריי צום אייבערשטן די ווערטער וואס דוד המלך האט געשריגן און געבעטן (תהלים פו, יא): "הוֹרֵנִי ה' דַּרְכֶּךָ", לערן מיר אייבערשטער דעם וועג, "אֲהַלֵּךְ בַּאֲמִתֶּךָ", איך זאל גיין מיט די אמת'ע וועג, "יַחֵד לְבָבִי לְיִרְאָה שְׁמֶךָ", מאך מיין הארץ זאל נאר גיין מיט דיר אייבערשטער; בעט דעם אייבערשטן (שם קיט, לה): "הַדְרִיכֵנִי בִּנְתִיב מִצְוֹתֶיךָ", העלף מיר אייבערשטער איך זאל גיין אין די וועג פון די תורה, "כִּי בוֹ חָפָצְתִּי", נאר דאס איז מיין ווילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1128 - זאל מען געבן כשר'ע ווידיאס פאר קינדער?
חינוך הילדים, מאוויס, מוהרא"ש, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א סגן מנהל אין א מוסד פאר קינדער פון נוירסערי ביז כיתה ד', איך הער אסאך די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און איך האב זייער הנאה צו הערן נייע חידושים וויאזוי צו ארבעטן מיט קינדער.


ביי אונז אין מוסד איז דא א פראגראם די לעצטע שטיק צייט צו מאכן די קינדער זאלן זיין וואויל אינדערהיים, אז מ'שיקט אהיים יעדע וואך אינטערעסאנטע זאכן וואס האלטן די קינדער פארנומען אינדערהיים, און די עלטערן זענען אונז זייער דאנקבאר אויף דעם. אויך שיקן מיר סידי'ס פון מעשיות פון צדיקים.


לעצטנס האבן עלטערן געבעטן אויב די מוסד קען ארויסגעבן ווידיאס פאר די קינדער פון מעשיות פון צדיקים און פון די פרשה, ס'איז געווארן א גאנצע ויכוח צי מ'זאל עס טון אדער נישט, טייל האבן געהאלטן אז אזוי ווי רוב עלטערן ווייזן ממילא אידישע פלעיס וכדומה פאר די קינדער, איז יא כדאי ארויסצוגעבן ערליכע ווידיאס, אבער אנדערע האבן געזאגט אז אויב ס'קומט אפיציעל פון די מוסד געבט עס א בליק כאילו ווידיאס איז מותר.


איך האב געהאלטן אז ס'איז יא א וויכטיגע זאך, ווייל אזוי קען מען אריינלייגן אסאך מוסר און יראת שמים אין די קינדער, וויל איך הערן פון די ראש ישיבה שליט"א וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נייע חידושים?! וואס פאר א נייע חידושים? מיר זענען גארנישט מחדש קיין נייע וועגן, מיר גייען צוריק צום אלטן וועג. דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן רסד; שצב): "איך פיר אייך אויף א נייעם וועג וואס איז אן אלטער וועג, אויף דעם וועג זענען געגאנגען אברהם אבינו, יצחק אבינו און יעקב אבינו".


וויסן זאלסטו אז א מנהל טראגט א גרויסע אחריות; די הצלחה פונעם תלמוד תורה ליגט אין די הענט פונעם מנהל. א מנהל וואס איז שטענדיג מחזק די מלמדים, ער רעדט שיין צו די מלמדים וועלן זיי ארבעטן געטריי, זיי וועלן מצליח זיין אין זייער ארבעט. דערפאר זאלסטו געדענקען צו געבן גוטע ווערטער טעגליך פאר אלע דיינע ארבעטערס - די געטרייע מלמדים, יעדן טאג זאלסטו רעדן מיט זיי אפילו א ווארט צוויי, דאס וועט זיי געבן מוט אנצוגיין מיט די קינדער.


ארבעטן מיט קינדער איז נישט קיין גרינגע ארבעט, זיין א מלמד איז א שווערע ארבעט; ווער רעדט נאך פון זיין א געדולדיגער מלמד - דאס איז א ביטערע שווערע ארבעט. רוב מאל ווייסט קיינער נישט וואס דער מלמד גייט אריבער; די עלטערן ארבעטן ביטער שווער א גאנצע וואך, זיי ווייסן בכלל נישט וואס טוט זיך מיט די קינדער, זיי פארגעסן אז זיי האבן בכלל קינדער, זיי ווייסן נישט וואס דער מלמד גייט אריבער מיט זיינע קינדער, דער איינציגסטער וואס קען מחזק זיין איז דער מנהל.


ווייז נישט פאר קינדער קיין שום מאווי"ס און קיין שום ווידיאו"ס, נישט קיין חילוק אידישע אדער חסידישע; עס האט נישט צו טון אויב די עלטערן ווייזן ממילא פאר די קינדער, אויב די עלטערן ווייזן פאר די קינדער איז דאך ערשט א סברא נישט צו ווייזן, זאלן די קינדער זיין אפאר מינוט אין חדר געזונט און זען זאכן פארן, קומען, גייען וכו'; קליינע קינדער האבן א הייקעלע מח, דארף מען אויף זיי נאך מער אכטונג געבן.


ווייז נישט פאר די קינדער גארנישט; איך האב געהאט ביי אונז אין תלמוד תורה, די ערשטע יאר ווען מיר האבן געעפנט די חדר האט מען געוויזן פאר די קינדער א ווידיא"ו און מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געלערנט אז דאס טאר מען נישט טון, דאס איז א זאך וואס איז קעגן חינוך.


הער נישט אויס מאדערענע חסידים; מיר דארפן טון וואס אונזערע רבי'ס האבן אונז געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1127 - ווי אזוי האט מען א הייליגע שלאף?
קדושה, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך בין זיך מחזק צו דינען דעם אייבערשטן, איך פרוביר צו לערנען און דאווענען און רעדן צום אייבערשטן, מיט דעם אלעם איז מיר זייער שווער זיך צו האלטן הייליג בקדושה.


איז דא אזא זאך בכלל אז א מענטש זאל גארנישט זינדיגן? און אויב יא ווי אזוי קומט צו א מדריגה אז מ'זאל גיין שלאפן און אויפשטיין בקדושה אן קיין דורכפאל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די הייליגע חכמים זאגן (ברכות יד.): "כָּל הַמַּשְׂבִּיעַ עַצְמוֹ מִדִּבְרֵי תּוֹרָה", ווער עס זעטיגט זיך אן מיט די הייליגע תורה, "וְלָן", ער גייט שלאפן זאטערהייט מיט די הייליגע תורה, - "אֵין מְבַשְּׂרִין אוֹתוֹ בְּשׂוֹרוֹת רָעוֹת", וועט ער שלאפן א גוטע שלאף, ער וועט נישט האבן קיין שלעכטע חלומות. אזוי ווי עס שטייט (משלי יט, כג): "וְשָׂבֵעַ יָלִין", ווער עס גייט שלאפן זאט פון די תורה, "בַּל יִפָּקֶד רָע", וועט נישט זען קיין שלעכטס.


מאך זיך שיעורים בכל התורה כולה; במקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה - וועסטו געראטעוועט ווערן פון שלעכטס, דער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי מען קען גרינגערהייט אנקומען צו לערנען די גאנצע תורה; אפילו מען פארשטייט נישט - דאך זאל מען לערנען און במשך די צייט וועט מען שוין פארשטיין (שיחות הר"ן, סימן עו).


דער רמב"ם זאגט (פרק כב מהלכות איסורי ביאה, הלכה כא) די אלע שלעכטע מחשבות זענען נאר: "בְּלֵּב פָּנוּי מִן הַחָכְמָה" - אין א ליידיגע הארץ; אז מען לערנט די הייליגע תורה היט די תורה אפ דעם מענטש ער זאל נישט אנקומען צו נכשל ווערן און ווערן טמא. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "אִם פָּגַע בְּךָ מְנֻוָּל זֶה", אז דער יצר הרע זוכט דיר אראפ צו ווארפן, "מָשְׁכֵהוּ לְבֵית הַמִּדְרָשׁ", שלעפ אים אין בית המדרש; לויף צו די תורה וואס איז א פאנצער פאר'ן יצר הרע.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם) דער אייבערשטער זאגט פאר די אידן: "בָּנַי, בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", מיין קינד, איך האב באשאפן דעם יצר הרע אבער איך האב באשאפן די הייליגע תורה וואס איז א מעדיצין קעגן דעם יצר הרע, "וְאִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב דו לערנסט תורה וועסטו נישט האבן צוטון מיט אים, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", און אויב דו לערנסט נישט קיין תורה - וועסטו זיין אונטער אים רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1126 - בעסער רעדן צום אייבערשטן אין פעלד, אדער ענדערש אינדערהיים?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס זענען מיר מחי', איך פרוביר יעדן טאג צו רעדן צום אייבערשטן, איך האב באשטימט פאר דעם א שעה יעדן טאג אין א צימער.


לעצנס איז מיר אויסגעקומען צו זיין אינדרויסן נאנט צו א פעלד, האב איך באשלאסן צו רעדן צום אייבערשטן אין פעלד, וואס האט דאך די מעלות וואס דער רבי זאגט אז מ'איז צווישן די גראזן, און ס'איז דא ווייניגער שטערונגען. דער פראבלעם איז אבער אז אנקומענדיג אהין האב איך נישט געהאט קיין ישוב הדעת, יעדעס קול פון א בלעטל האט מיר זייער דערשראקן אז אפשר קומען ווילדע חיות צו מיר, אבער פון די אנדערע זייט האב איך דארט געהאט מער אמת'ע דיבורים ווי ביי מיר אינדערהיים אדער אין אן אנדערע צימער. וויל איך וויסן וואס איז ענדערש צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזוי גייט עס אין אנהייב; מען ווערט געשטערט פון יעדע גערודער, ווען מען הערט א בלעטל זיך שאקלען מיינט מען א חי' קומט און ווען די ווינט בלאזט מיינט מען רוצחים קומען, וכדומה; אבער אז מען שטארקט זיך, מען פאלגט דעם רבי'ן מיט עקשנות - זעט מען אז אלעס איז דמיונות, די גערודער איז פון בלעטלעך און פון דער ווינט, מען האט נישט מורא פון די זאכן.


דו פרעגסט וואס איז בעסער; ביידע איז בעסער. מען דארף ביידע, מען דארף גיין אין פעלד, אויב איז שייך צו גיין אין פעלדער און וועלדער - איז נאך בעסער. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב): "וְגַם צְרִיכִין שֶׁיִּהְיֶה הַהִתְבּוֹדְדוּת בְּמָקוֹם מְיֻחָד דְּהַיְנוּ חוּץ מֵהָעִיר בְּדֶרֶךְ יְחִידִי, בְּמָקוֹם שֶׁאֵין הוֹלְכִים שָׁם בְּנֵי אָדָם", מען זאל זיך גיין מתבודד זיין אינדרויסן פון שטאט, אין א פלאץ וואו קיינער גייט נישט, "כִּי בְּמָקוֹם שֶׁהוֹלְכִים שָׁם בְּנֵי אָדָם בַּיּוֹם, הָרוֹדְפִים אַחַר הָעוֹלָם הַזֶּה", ווייל אין א פלאץ וואו מענטשן גייען, אין א פלאץ וואו מענטשן דרייען זיך בייטאג, מענטשן וואס זענען אריין געטון אין וועלט זאכן, "אַף עַל פִּי שֶׁכָּעֵת אֵינָם הוֹלְכִים שָׁם, הוּא מְבַלְבֵּל גַּם כֵּן הַהִתְבּוֹדְדוּת", וועט דאס שטערן מען זאל זיך נישט קענען מתבודד זיין, אפילו יעצט איז קיינער נישט דארט - דאך איז דער פלאץ נישט מסוגל פאר התבודדות, "וְאֵינוֹ יָכוֹל לְהִתְבַּטֵּל וּלְהִכָּלֵל בּוֹ יִתְבָּרַךְ", מען קען זיך נישט אינגאנצן מבטל זיין צום אייבערשטן, "עַל כֵּן צָרִיךְ שֶׁיֵּלֵךְ לְבַדּוֹ בַּלַּיְלָה בְּדֶרֶךְ יְחִידִי, בְּמָקוֹם שֶׁאֵין שָׁם אָדָם וְשָׁם יֵלֵךְ וְיִתְבּוֹדֵד וִיפַנֶּה לִבּוֹ וְדַעְתּוֹ מִכָּל עִסְקֵי עוֹלָם הַזֶּה וִיבַטֵּל הַכֹּל, עַד שֶׁיִּזְכֶּה לִבְחִינַת בִּיטּוּל בֶּאֱמֶת", דערפאר זאגט דער רבי, דארף מען גיין אין א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, נישט בייטאג און נישט ביינאכט, און זיך אינגאנצן מבטל זיין צום אייבערשטן ביז מען וועט אנקומען צו ווערן אינגאנצן בטל צום אייבערשטן.


אויך זאלסטו זיין שטארק מיט'ן רעדן צום אייבערשטן וואו אימער; ווארט נישט צו גיין אין פעלד, ווארט נישט צו רעדן צום אייבערשטן ווען דו וועסט האבן א שטילע פלאץ, הייב אן רעדן דארט וואו דו געפונסט זיך. דו ווייסט דאך די מעשה (פעלת הצדיק, סימן שצד), ווען דער רבי האט זיך אריבער געצויגן קיין ברסלב האט דער רבי געפרעגט איינעם צי עס איז דא א גוטע פלאץ פאר התבודדות, וואו מען קען זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן, האט יענער געזאגט פאר'ן רבי'ן אז עס איז דא זייער א גוטע פלאץ ביים עק שטאט, א שיינער הייל, אבער עס איז זייער ווייט אהין צו גיין, האט דער רבי געזאגט: "ווייט? ווי ווייט איז פון מויל ביז צום הארץ?" דער רבי האט געוואלט ארויס ברענגען אז מען קען שוין אנהויבן רעדן צום אייבערשטן פונעם ערשטן טריט וואס מען גייט אהין, און אזוי אויך צוריק; דערפאר האט דער רבי געפרעגט 'וואס איז שייך צו זאגן ווייט? ווי ווייט איז פונעם מויל ביז'ן הארץ'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1125 - פארוואס איז געווען התנגדות קעגן רבי'ן און זיינע תלמידים?
מוהרא"ש, חסידות, ראש ישיבה, התנגדות, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט ארויסברענגען א מחשבה וואס איז מיר איינגעפאלען בנוגע חסידות ברסלב, און איך האף אז דער ראש ישיבה וועט מיר לאזן וויסן צי דאס איז א ריכטיגע מהלך.


מען זעט א חידוש לגבי די התנגדות אויף ברסלב, אז עס איז דא אין דעם פארשידענע מדריגות. קודם איז דא וואס האלטן בכלל נישט פון ברסלב, נישט פונעם הייליגן רבי'ן און נישט פון די שפעטערדיגע תלמידים. נאכדעם איז דא וואס זאגן אז פון רבי'ן אליין האט מען געהאלטן אבער נישט פון זיינע תלמידים. נאכדעם, ווען מוהרא"ש איז נתגלה געווארען, האבן מתנגדים געזאגט, ברסלב איז דער רבי און ר' נתן, אבער מוהרא"ש האט מחדש געווען א נייער אייגנארטיגער דרך וואס האט נישט מיט ברסלב, ס'איז נישט דעם רבינ'ס זאך. און היינט איז דא מתנגדים וואס זאגן אז דער דרך פונעם ראש ישיבה איז נישט מוהרא"ש, ווייל מ'זעט ביים ראש ישיבה פארשידענע התנהגות וואס איז נישט געווען ביי מוהרא"ש, און וואס מוהרא"ש האט אפשר נישט געהאלטן דערפון.


מיין פשוטער הסבר לעניית דעתי איז ווי פאלגענד: איך האב געהערט א שיעור פון מוהרא"ש, פון ל"ג בעומר תשד"מ. דארט איז ער מסביר אז רבי שמעון בר יוחאי האט מגלה געווען ענינים פון עולם האצילות, דער אר"י הקדוש האט עס מער מוריד געווען אין עולם הבריאה, דער בעש"ט זי"ע האט ווייטער ממשיך געווען אין עולם היצירה, און דער רבי האט עס אראפגעברענגט אין עולם העשיה, אז אפילו אין די נידריגסטע מדרגה זאל מען קענען טרעפן דעם באשעפער. אויך איז באקאנט אין די ספרים הקדושים אז אין יעדע פון די פיר עולמות, אצילות בריאה יצירה עשיה, איז אויך דא פיר עולמות אצילות בריאה יצירה עשיה. קען מען אפשר זאגן אז דער רבי איז געווען אצילות דעשיה, ר' נתן איז געווען בריאה דעשיה, מוהרא"ש איז געווען יצירה דעשיה, און דער ראש ישיבה שליט"א איז עשיה דעשיה. ממילא מיט דעם איז פארשטענדליך די חילוקי ההנהגה וואס איז געווען צווישן זיי. בפרט הנוגע לעניננו קען מען גוט פארשטיין ווי דער ראש ישיבה איז ממשיך ביז עשיה דעשיה, צו די נידריגסטע פון די נידריגסטע דרגא, אז אפילו דארט קען מען טרעפן דעם באשעפער.


ואם שגיתי, ה' הטוב יכפר בעדי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גארנישט מחדש געווען, בסך הכל געב איך איבער פאר תלמידים וואס מוהרא"ש האט מיר געלערנט. מוהרא"ש האט גענומען דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער און דאס אזוי שיין אראפגעברענגט פאר אונז פשוט'ע מענטשן, מיר זאלן קענען לעבן א גוט לעבן; פארוואס זאל איך עס האלטן פאר מיר אליין, פארוואס זאלן נישט אלע וויסן פון דעם? דאס איז בסך הכל וואס איך טו.


די אלע וואס זאגן מען האט געהאלטן פון רבי'ן אבער נישט פון רבי נתן - ווייסן נישט וואס דער רבי האט געזאגט, דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "מען דארף דאנקען ר' נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר קיין בלעטל שמות". נאך האט דער רבי געזאגט: "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר נתן, און נפתלי אביסל".


אלע ספרים וואס מיר האבן היינט פון רבי'ן איז נאר א דאנק רבי נתן זכרונו לברכה; ער האט אפגעשריבן אלע תורות וואס ער האט געהערט פון רבי'ן, דעם ערשטן חלק ליקוטי מוהר"ן האט ער געדרוקט בחיים חיותו פון רבי'ן און דער צווייטער חלק ליקוטי מוהר"ן האט ער געדרוקט נאכן רבינ'ס הסתלקות.


נעם זיך נישט צום הארצן פון די עזות פנים'ער; ווען איינער רעדט אויף צדיקים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז:): "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ לוֹ עַזוּת פָּנִים, בְּיָדוּעַ שֶׁנִּכְשַׁל בַּעֲבֵרָה", ווער עס איז אן עזות פנים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה; ווי איז דא א גרעסערע עזות פנים ווי איינער וואס וואגט זיך צו רעדן אויף צדיקי אמת?! ווי שעמט זיך נישט א מענטש צו רעדן אויף צדיקי עולם? נאר ווייל די מענטשן זענען פגום בברית, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים נה, כא): "שָׁלַח יָדָיו בִּשְׁלֹמָיו חִלֵּל בְּרִיתוֹ", ווען א מענטש רעדט אויף ערליכע אידן, צדיקי אמת, איז עס ווייל "חִלֵּל בְּרִיתוֹ", דער מענטש זינדיגט אין הארבע עבירות.


רבי נתן איז געווען א תלמיד חכם מופלג, ער איז געווען א שטארקער מתמיד און בקי אין ש"ס און אין אלע פוסקים. רבי נתן האט געקענט גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות אויף אויסנווייניג. ביי זיין בר מצוה איז ער א חתן געווארן מיט א טאכטער פון הגאון הצדיק הרב רבי דוד צבי אויערבאך זכרונו לברכה וואס איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט - שאריגראד, קרעמניץ און מאהליב; זיין שווער האט געזאגט: "מען האט מיר אנגעטראגן אסאך תלמידי חכמים פאר מיין טאכטער, אבער אזא גלאטע האלז ווי נתנ'לע האב איך נאך נישט געזען".


אזוי אויך די אלע וואס מאכן חוזק פון מוהרא"ש, די אלע דארפן תשובה טון; אנדערש וואלטן זיי נישט חוזק געמאכט פון א צדיק וואס האט זיין גאנץ לעבן זיך מוסר נפש געווען פאר'ן אייבערשטן און פאר די תורה. מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן געליטן פון די לצים און עזות פנים'ער, בעיקר פון די וואס רופן זיך 'ברסלב'ע חסידים', זיין גאנץ לעבן האט ער נאר עוסק געווען צוריק צו ברענגען מענטשן צום אייבערשטן מיט'ן הייליגן רבי'נס עצות, די אלע וואלטן געוואלט רעדן אויף צדיקים למעלה בקודש און אויפ'ן באשעפער, נאר זיי האבן מורא מען וועט זיי אוועק שטופן, דערפאר רעדן זיי אויף שפעטערדיגע צדיקים. אזוי זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן לח),  אויפ'ן פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", זיי ווילן רעדן קעגן פריערדיגע צדיקים, זיי ווילן רעדן קעגן דעם אייבערשטן, נאר זיי האבן מורא, "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", דעריבער רעדן זיי אויף די צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נישט האבן קיין שום שייכות מיט קיין לצים, מיט מתנגדים; מיר זאלן זיין דבוק צו צדיקי אמת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#1124 - ווי אזוי קען האלטן מיין שטוב, און זיך נישט גט'ן?
קינדער, שלום, תשובה, עבודת השם, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א.


איך האף אז דער ראש ישיבה וועט האבן צייט צו ליינען מיין בריוו, איך פיל א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די צייט וואס דער ראש ישיבה האט געגעבן פאר מיר, מיין ווייב, און מיינע קינדער, איך האף אז איך ווער כאטש פאררעכנט פונעם רבינ'ס מענטשן פאר די קויליטשעס כאטשיג. איך האב דערווייל נאכנישט זוכה געווען מקיים צו זיין וואס מ'האט מיר געלערנט, אבער איך וויל כאטש.


איך האב אויך זייער געוואלט זיין ראש השנה אין אומאן אבער איך האב זיך אויסגעדרייט אינמיטן וועג ווען דער ראש ישיבה האט געהייסן, און איך דארף אסאך חיזוק אויף דעם וואס איך האב נישט געקענט זיין דארט.


דער ראש ישיבה ווייסט מיין מצב, און ווען איך האב גערעדט צו איינע פון מיינע קינדער אז מען גייט זיך טיילן האב איך ערשט איינגעזען אין די ווערטער אז גט'ן איז נישט די עצה. איך וועל פרובירן אלעס וואס איך קען צוריקצודרייען און נעמען וואס מער חיזוק פונעם ראש ישיבה צו האבן א שיין לעבן.


איך בין שוין געווען ביי די גרעסטע און טייערסטע טערעפיסטן און שלום בית מאכערס פאר אזויפיל געלט, און איך ווייס אז איך האב נישט נאך א פלאץ אויסער היכל הקודש. איך נעם זיך אונטער צו געבן פאר היכל הקודש כאטש אזויפיל וויפיל איך האב שוין געטיילט פאר אלע טעראפיסטן בלי נדר.


ביזדערווייל האב איך היינט נאכאמאל אנגעפאנגען לייגן תפלין יעדן טאג. איך וויל וויסן ווי לאנג זאל איך מיך האלטן צו דעם פאר איך נעם זיך אונטער די קומענדיגע זאך. איך בעט זייער אויב דער ראש ישיבה קען מתפלל זיין פאר מיר און מיין ווייב און קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האף דו וועסט איינמאל פאר אלעמאל ארויסקלאפן פון קאפ די בייזע רוח וואס לויפט דיר נאך שוין א לאנגע צייט - זיך צו גט'ן; וואלסטו נישט געהאט קיין קינדער וואלט איך זיך נישט אריין געמישט, אבער אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן זיסע קינדער שפיר איך א פליכט איך זאל דיר צוריק האלטן פון זיך גט'ן, דו טארסט דאס נישט טון פאר דיינע קינדער.


ווען עלטערן גט'ן זיך - ליידן די קינדער, די קינדער פאלן קרבנות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח; פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: "פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש, פארוואס וויינט נישט דער שלחן, די מנורה, די ארון, וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: 'מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות..."


אז עס איז דיר שווער מיט דיין ווייב זאלסטו זיך אליינס פארבעסערן; אז דו וועסט זיך פארבעסערן, דו וועסט אנהייבן גיין אין די וועג פון די תורה וועט זי זיך טוישן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): אויפ'ן פסוק (בראשית ב, יח) "אֶעֱשֶׂהּ לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", זָכָה - עוֹזַרְתּוֹ, לֹא זָכָה - כְּנֶגְדּוֹ; אז מען איז זוכה איז די ווייב מיט איר מאן און זי העלפט אים, אויב איז מען נישט זוכה איז די ווייב א כנגדו, אלעס טוט זי פארקערט פונעם מאן; אלעס איז אנגעהאנגען אין דיר, אז דו וועסט אפלאזן דיינע שלעכטע וועגן, דו וועסט צוריק קומען צום אייבערשטן, אנטון תפילין יעדן טאג, דאווענען שחרית, מנחה און מעריב, זיך קובע זיין שיעורים אין די הייליגע תורה - וועט זיך אלעס טוישן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1123 - איך ציטער פון די אויסגאנג פון די וואלן אין אמעריקע
אומאן, אמונה, פחדים, נייעס, וואלן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער דערשראקן אז איך האב נישט געקענט פארן דאס יאר קיין אומאן, עס איז דורכגעגאנגען אזא שרעקעדיגע יאר, שנת תש"פ, די גאנצע וועלט האט זיך איבערגעדרייט, אלעס האט זיך געטוישט. יעצט גייט זיין וואלן אין אמעריקע און איך קען נישט טראכטן וואס וועט פאסירן אז עס גייט קומען אן אלטער אפגעקאלעכטער מענטש און פירן א לאנד. ווען איך ליין עס ווען אין היסטאריע ביכער וואלט עס געווען גאנץ געשמאק, אבער עס מיטצולעבן איז גאר שרעקעדיג.


מיין גאנצע האפענונג איז געווען צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה און אויסבעטן א גוטע יאר, און יעצט אז מיר האבן נישט זוכה געווען דערצו, ציטער איך זייער שטארק וואסערע סארט יאר עס גייט קומען. איז נאך דא א וועג צו מאכן אז דאס יאר זאל זיין גוט און פיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שאד צו זארגן אומזיסטיגע זארג, דער אייבערשטער פירט די וועלט אזוי שיין און אזוי זיס, ער טוט אלעס און מאכט אלעס; נישט דער פרעזידענט וועט אונז העלפן און נישט דער פרעזידענט וועט שאדן מאכן, אלעס איז דער אייבערשטער, ער מאכט אלעס און טוט אלעס. אז מען פירט זיך מיט די תורה וועלן מיר האבן א זיסע יאר און אז מען פירט זיך נישט מיט די תורה דארף מען תשובה טון, ווייל אויב מען טוט נישט תשובה דעמאלט באקומט מען א שטראף; עס העלפט נישט אויב דער איז פרעזידענט אדער יענער איז פרעזידענט, עס ווענדט זיך נאר איין איין זאך 'אויב מען גייט מיט די תורה'.


הער אויף לעבן מיט דמיונות, אויב דער פרעזידענט געווינט וועט זיין גוט און אויב יענער געווינט וועט זיין שלעכט; נעם אריין אין זיך וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה, אויב מען וועט גיין בדרך התורה וועט זיין גוט פאר אונז און פאר די גאנצע וועלט, און חס ושלום אויב מען גייט נישט מיט די תורה דעמאלט קומט אן עונש מן השמים.


מיר דארפן תשובה טון, זיך צוריק קערן צום אייבערשטן און טון נאר וואס דער אייבערשטער זאגט, דאן וועלן מיר האבן א שנת ברכה, א שנת גאולה; מען טאר נישט אויסהערן די נייעס וואס האקן און ליאמערן טאג און נאכט אין קאפ אז דער וועט זיין א ישועה אדער יענער וועט זיין א ישועה. אז די נייעס רעדט אין אידיש מיינט נאך נישט אז דאס איז כשר; מען קען רעדן אין אידיש, שרייבן אין אידיש - און עס איז קעגן די תורה, קעגן די אמונה, ווייל א ישועה וועט זיין נאר אז מען וועט זיך אויפהייבן דעם קאפ צום אייבערשטן, א ישועה וועט זיין ווען אלע וועלן איינערקענען אז 'אין עוד מלבדו'; דעמאלט וועלן מיר האבן א שנת ברכה, א שנת פרנסה.


אז דו ווילסט אן עצה נישט צו זיין דערשראקן - זאלסטו אויפהערן הערן נייעס; נייעס איז א שעדליכע זאך, עס מאכט דעם מענטש דערשראקן און ווארפט אים אריין אין א פאניק. דער הייליגער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו טייטשט דעם פסוק פון די תוכחה (ויקרא כו, לו): "וְהֵבֵאתִי מֹרֶךְ בִּלְבָבָם", דער אייבערשטער זאגט, אויב מען וועט נישט גיין אין די וועגן פון די תורה וועל איך אריין לייגן א מורא אין אייך, "וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף", איר וועט אנטלויפן פאר שרעק פונעם קול וואס די בלעטלעך געבן ארויס ווען די ווינט בלאזט דערויף, טייטשט ער (בספר חיים ושלום) דער "עָלֶה נִדָּף", מיינט מען דער פארשטונקענעם בלעטל פון א צייטונג וואס דערשרעקט טאג איין טאג אויס פון מלחמות וכדומה; א רחמנות אויף די וואס לעבן מיט נייעס, זיי ווערן דערשראקן פון גארנישט מיט נישט, די נייעס ווארפט שטענדיג א פחד און א פאניק, דאס הרג'ט דעם מענטש מער ווי יעדע צרה.


חכמינו זכרונם לברכה ברענגען (תורת כהנים, בחוקותי, פרק ז) רבי יהושע בן קרחה האט דערציילט: "פַּעַם אַחַת הָיִינוּ יוֹשְׁבִים בֵּין הָאִילָנוֹת", איינמאל זענען מיר געזיצן צווישן די ביימער, "וְנָשְׁבָה הָרוּחַ וְהִטִּיחוּ הֶעָלִים זֶה בָּזֶה", אינמיטן האט א ווינט צעבלאזן די ביימער און די בלעטלעך האבן זיך געשאקלט איינע אויפ'ן צווייטן און ארויסגעגעבן א קול, "עָמַדְנוּ וְרַצְנוּ וְאָמַרְנוּ 'אוֹי לָנוּ שֶׁמָּא יַדְּבִּיקוּנוּ הַפָּרָשִׁים'", מיר זענען אנטלאפן פון פחד אז מען גייט אונז הרג'נען, "לְאַחַר זְמַן נִפְנִינוּ אַחֲרֵינוּ, וְרָאִינוּ שֶׁאֵין בֶּרְיָה", נאכדעם האבן מיר געזען אז קיינער יאגט נישט און קיינער לויפט אונז נישט נאך, האבן מיר געוויינט אז עס איז מקוים געווארן ביי אונז דאס וואס שטייט "וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף"; אזא פנים האבן די וואס הערן די נייעס, מען ווערט דערשראקן און צעמישט. מען קען נישט שלאפן פון פחד, בשעת קיינער יאגט נישט און קיינער רודפ'ט נישט.


וואויל איז דער מענטש וואס זיין נייעס איז די פרשת השבוע, זיין נייעס איז א בלאט גמרא, מער פון דעם אינטערעסירט אים נישט; ער ווייסט אז דער אייבערשטער איז דער בורא ומנהיג לכל הברואים, דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט און פירט די וועלט, קיינער קען נישט בעסער מאכן אדער ערגער מאכן; אזא איינער איז זיך מחי' מיט'ן אייבערשטנ'ס וועלט, וואס ער דארף בעט ער דעם אייבערשטן, זיין האפענונג איז נישט אויף קיינעם נאר אויפ'ן אייבערשטן.


איך בעט דיר זייער, חזר זיך די ערשטע אני מאמין וועט דיר גוט זיין; חזר זיך: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים", איך גלייב אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן און דער אייבערשטער פירט אלעס, "וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים", נאר ער אליינס האט אלעס געטון, טוט אלעס און וועט אלעס טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.