שאלה אין קורצן ענין
#584 - פארוואס קען א פרוי נישט טון אלע מצות אזוי ווי די מענער?
חיזוק פאר פרויען, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי, און איך וויל אויך דאווענען דריי מאל א טאג, לייגן טלית און תפלין, און טון אלע מצות פונקט ווי די מענער. איך קום פון זייער א פרומע שטוב, מיין טאטע האט אלעמאל געטון אלע מצות מיט גרויס ברען, און איך שפיר אז איך וויל אויך האבן די העכערקייט וואס מ'שפירט אין דעם. אסאך מאל טראכט איך אוועקצולייגן געלט און זיך קויפן שטילערהייט תפלין און עס אנטון אינדערהיים ווען קיינער זעט נישט.


איך שעם זיך צו רעדן צו מיין מאן וועגן דעם, און איך ווייס נישט וואס צו טון, און איך האף איר וועט מיר קענען העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


ווער לאזט אייך נישט דאווענען און טון אלע מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז באפוילן?! פרויען זענען אויך מחיוב צו דאווענען; אדרבה, אז עס ברענט אייך אזוי שטארק צו טון דעם רצון השם זאלט איר דאווענען צום אייבערשטן און אים בעטן פאר אייך, פאר אייערע דורות און פאר אלע אידן.


דער הייליגער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון אידישע פרויען. מען האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אזא דיבור: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט; פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; זעט מען פון דעם ווי שטארק דער רבי האט מחשיב געווען די תפילות פון פרויען.


פרויען זענען גאר נישט ווייניגער ווי די מענער; אויב עפעס זענען די פרויען חשוב'ער ווי די מענער, ווייל אין זייער זכות ציט זיך ווייטער כלל ישראל. אז דער אייבערשטער זאגט אז פרויען זענען פטור פון מצוות עשה'ס מיינט דאס נישט צו זאגן אז זיי זענען ווייניגער וכו' נאר דאס איז דער ווילן פונעם אייבערשטן, אז די מצוות וואס האט צוטון מיט א צייט זענען מענער מחיוב און פרויען פטור.


נעמט ארויס פון אייער קאפ די זאך פון תפילין. פרויען זענען פטור פון אנטון תפילין, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט ( הרמ"א באורח חיים סימן לח, סעיף ג) אז אויב א פרוי וויל אנטון תפילין דארף מען איר צוריק האלטן דערפון; טלית ותפילין איז נאר פאר א מאן.


אנשטאט זוכן מצוות וואס זענען נישט שייך פאר פרויען זאלט איר זיך פרייען מיט די מצוות וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר פרויען - מגדל זיין קינדער לעבודת השם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "גְּדוֹלָה הַבְטָחָה שֶׁהִבְטִיחָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לַנָּשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים", דער אייבערשטער האט צוגעזאגט שכר פאר פרויען מער ווי פאר די מענער ווייל אין זייער זכות איז דא תורה ביי כלל ישראל; זיי שיקן די קינדער אין חדר לערנען תורה און ווארטן אפ זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים פון לערנען תורה.


דער עיקר זאלט איר זען צו זיין פרייליך מיט וואס איר האט וועט איר מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#583 - פארוואס שפיר איך נישט קיין טעם אין גמרא?
לימוד התורה, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר נישט קיין טעם ווען איך זאג גמרא. איז דאס נארמאל, עס קומט אזוי? אדער איז דא עפעס אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט די הייליגע תורה - בפרט לימוד גמרא.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם" - זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי; פרעגט מוהרא"ש: "ווי קען מען זאגן אויף תלמוד בבלי, די הייליגע גמרא, אז דאס איז א טונקלקייט, א טויטקייט? נאר חכמינו זכרונם לברכה מיינען צו זאגן פאר א מענטש וואס באקלאגט זיך: 'מיין לעבן איז מיר טונקל, מיין לעבן איז מיר טויט', אז עס איז דא אן עצה פאר אים: נעם די הייליגע גמרא און לערן דאס, 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי' - דער לעבן איז דיר פינסטער? 'כְּמֵתֵי עוֹלָם' - דו שפירסט ווי א טויטער מענטש? עס איז דא פאר דיר אן עצה, 'זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי' - נעם די הייליגע גמרא, דאס וועט דיר מאכן ליכטיג און דיר מאכן לעבן".


אז דו שפירסט נישט קיין טעם ווען דו לערנסט די הייליגע תורה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר עפענען דיינע אויגן און דיין הארץ אז דו זאלסט שפירן דאס זיסקייט און דאס ליכטיגקייט וואס ליגט אין די תורה. בפרט ביי די ברכה פון אהבה רבה האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געזאגט זאל מען מאריך זיין און בעטן דעם אייבערשטן, ווייל מען האט אים אנטפלעקט פון הימל אז די סיבה פארוואס מיר זענען אזוי לאנג אין גלות איז ווייל מען איז נישט מאריך ביי די ברכה (כמובא בתולדות יעקב יוסף פרשת וארא); דעריבער זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ביי די ברכה פון אהבת עולם: "וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתוֹרָתֶךָ, הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל לִיבּ הָאבְּן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל שְׁפִּירְן אַ טַעַם אִין דִי תּוֹרָה, אִיךְ וִויל שְׁפִּירְן דָאס זִיסְקַייט וָואס לִיגְט אִין דִי גְּמָרָא", וועסטו זען אז ביז א קורצע צייט וועסטו זוכה זיין צו שפירן א טעם אין די תורה, דעמאלט וועסטו שוין גארנישט דארפן - נישט די וועלט און נישט יענע וועלט - נאר די תורה אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#582 - ווי אזוי האנדלט מען מיט קנאה צו מיין שוועסטער'ס שלום בית?
שלום בית, צניעות, קדושה, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער ליב די שיעורים און די בריוו, ס'איז מיר זייער מחזק, יישר כח.


איך בין א פרוי און איך בין גע'גט. איך האב א שוועסטער וואס זי מיט איר מאן העלפן מיר זייער אסאך ארויס, אן זיי וואלט איך ממש נישט געקענט אריבערטראגן מיינע צרות, זיי געבן זיך אפ מיט מיט מיינע קינדער מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, און זענען אייביג גרייט צו העלפן מיט וואס מ'דארף.


מיין פראבלעם איז אז איך בין זייער מקנא מיין שוועסטער, אסאך מאל טראכט איך אז איך דארף אויך די ליבשאפט וואס זי באקומט פון איר מאן, און איך בין אליין און איך האב קיינעם נישט אויף דער וועלט, דאס שטערט מיר זייער שטארק, און ס'ברענגט מיר אויך צו שווערע נסיונות וכו'.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך מיט רחמנות: געבט אכטונג אויף אייער לעבן! רעדט נישט מער מיט אייער שוואגער ווייל איר וועט ביים סוף אלעס פארלירן.


אז איר דארפט הילף זאלט איר רעדן מיט אייער שוועסטער; אלעס וואס מען דארף מסדר זיין בנוגע אייערע קינדער זאל גיין דורך אייער שוועסטער, אבער נישט מיט אייער שוואגער.


עס איז נישט דא קיין שענערע זאך פאר א פרוי ווי צניעות; א פרוי וואס פירט זיך בצניעות, זי רעדט נישט מיט פרעמדע מענער, איז זוכה צו האבן ערליכע קינדער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אונז דאס גרויסקייט פון רות ווי זי האט זיך געפירט בצניעות און אדאנק דעם האט זי חתונה געהאט מיט בועז און פון איר איז ארויסגעקומען דוד המלך, אזוי ווי מיר געפונען (רות רבה ד, ח): "כָּל הַנָּשִׁים מְשַׂחֲקוֹת עִם הַקּוֹצְרִים, וְזוֹ מַצְנַעַת עַצְמָהּ", בועז האט געזען ווי אלע פרויען לאכן מיט די מענער וואס שניידן די תבואה אבער רות האט זיך צוריק געהאלטן פון רעדן מיט פרעמדע מענער, האט ער געוואוסט אז זי איז אן ערליכע פרוי.


א פרוי טאר נישט רעדן מיט פרעמדע מענער בשום אין פנים ואופן; מען קען צו קומען צו איסור יחוד וואס איז אן איסור דאורייתא, ביז מען פאלט אראפ און מען ווערט נכשל רחמנא לצלן וכו'.


אין זכות וואס איר וועט אכטונג געבן אויף אייער צניעות, איר וועט זיין שטארק ביי זיך עומד צו זיין בנסיון וכו', וועט אייך דער אייבערשטער געבן בקרוב א גוטע שידוך און איר וועט שוין קיינעם נישט מקנא זיין וכו', איר וועט מער נישט זיין אליין, איר וועט לעבן אייער לעבן מיטן אייבערשטן, אמן.

#581 - ווי אזוי פאררעכט איך די עבירות פון די יונגע יארן?
תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל מוז איך געבן א גרויסן יישר כח פאר די אלע געוואלדיגע דרשות און שיעורים וואס געבן מיר אסאך חיזוק און חכמת החיים אין אלע הינזיכטן, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך וויל פרעגן א שאלה וואס באדערט מיר שוין לאנג. איך האב שוין חתונה געהאט פאר איבער צוואנציג יאר, איך האב ב"ה א חשובע אשת חיל און א שטוב מיט קינדער, געלויבט איז דער אייבערשטער אויף אלע זיינע חסדים.


למעשה האב איך אבער נישט קיין מנוחה אויף מיינע יונגע יארן, ווען איך בין ליידער דורכגעפאלן מיט פארשידענע עבירות, ספעציעל אין פגם הברית רחמנא ליצלן. איך שפיר אז איך דארף א ריכטיגע הדרכה ווי אזוי תשובה צו טון אויף יענע יארן.


איך בין געווען יונג, מיין שכל איז נאכנישט געווען גענוג רייף צו פארשטיין די הארבקייט פון די אלע עבירות, און יעצט וויל איך אמת'דיג תשובה טון. איך וויל זייער שטארק בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו געבן א קלארע וועג ווי אזוי פטור צו ווערן פון די אלע חטאות נעורים.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל, דער אייבערשטער זאל אייך ווייטער געבן כח או מח צו מזכה זיין את הרבים מיט אייערע שיעורים, און מפיץ זיין דעם רבינ'ס עצות אויף די גאנצע וועלט.


א פרייליכן פורים און שמחת תמיד.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


כאפ זיך אריבער קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון; דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון אין אומאן און זאגן דארט דעם תיקון הכללי - די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ] און געבן א פרוטה לצדקה לזכות רבינו נחמן בן פיגא, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות - האט דער רבי געזאגט – "וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית"; דערפאר אז דו ווילסט פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען אין דיינע יונגע יארן אין די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן זאלסטו זיך אריבערכאפן קיין אומאן צו זאגן דעם תיקון הכללי ביים רבינ'ס ציון און דו זאלסט זיך מתוודה זיין פארן אייבערשטן - אים דערציילן אלעס וואס דו האסט געטון, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס.


וויסן זאלסטו אז אויב מען טוט תשובה איז דער אייבערשטער מוחל; דער רמב"ם זאגט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): יעדע מצוה אין די תורה, סיי א מצות עשה סיי א מצות לא תעשה, אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, סיי בשוגג סיי במזיד; ווען מען טוט תשובה, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתודה? מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם", איך בעט דיר אייבערשטער, "חָטָאתִי, עָוִיתִי, פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ וְעָשִֹיתִי כָּךְ וָכָךְ", איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, "וַהֲרֵי נִחַמְתִּי", אבער איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, "וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי", איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון, "וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיךְ בְּעִנְיָן זֶה", ווער עס פארמערט זיך מתוודה צו זיין פארן אייבערשטן, "הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", דער איז געלויבט.


אז דו ווילסט פאררעכטן דיינע זינד פון דיינע יונגע יארן זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון און אים בעטן ער זאל דיר מוחל זיין.


ווען מען איז זיך מתודה, מען דערציילט פארן אייבערשטן וואס מען האט געטון - איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלעס וואס מען האט שלעכטס געטון, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי): דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתוודה אויף זיינע עבירות בין איך אים גלייך מוחל און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#580 - אפלאזן א שידוך שאדט דען נישט?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן לעצטנס צו א פרוי וואס האט מורא אז עס שאדט איר די קפידה פון א בחור וואס איז געווען אנגעטראגן פאר איר, און דער שידוך איז למעשה נישט געווארן. און דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איר אז זי דארף בכלל נישט קוקן אויף דעם, דאס איז נאר דער יצר הרע וואס וויל איר צעברעכן.


האב איך געוואלט מעורר זיין אז ס'ווערט געברענגט (עיין באגרות קודש, כרך י"ד עמוד שמ און עמוד סט. און אין כרך י"ג עמוד ח') אז אסאך פראבלעמען, צום ביישפיל אז מ'האט נישט קיין קינדער און נאך, קענען קומען פון א קפידה פון איינעם, אז מ'האט אפגעלאזט א שידוך, אדער אז מ'האט צוגעזאגט און מ'האט נישט איינגעהאלטן וכדומה, און מ'האט יענעם נישט איבערגעבעטן. און ס'איז באקאנט אסאך מעשיות פון מענטשן וואס זענען אויפגעראכטן געווארן ווען זיי האבן איבערגעבעטן יענעם וועמען מ'האט מצער געווען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דא רעדט מען נישט פון אפלאזן א שידוך וכו'; דא רעדט מען פון דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מא.): "אָסוּר לְאָדָם שֶׁיְקַדֵּשׁ אֶת הָאִשָּׁה עַד שֶׁיִּרְאֶנָּה", מען טאר נישט מאכן א שידוך פאר מען טרעפט זיך און מען זעט צי דאס איז פאסיג, "שֶׁמָּא יִרְאֶה בָּהּ דָּבָר מְגוּנָה וְתִּתְגַּנֶּה עָלָיו", ווייל אויב מען קען זיך נישט ליידן איינער דעם צווייטן וועט מען עובר זיין אויף (ויקרא יט, יח): "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ"; ממילא אז מען טרעפט זיך איינער מיטן צווייטן אויף צו זען צי מען וויל מאכן א שידוך איז נישט דא קיין מקום וואס חושש צו זיין אויף יענעמ'ס הקפדה.


דאס וואס דו צייכנסט צו אז מען דארף איבער בעטן וכו' דאס איז ווען מען האט שוין געמאכט דעם שידוך; אז מען האט שוין מקבל געווען איינער מיטן צווייטן צו מאכן די שידוך און מען צעטיילט זיך איינער פון צווייטן קען עס רחמנא לצלן שאטן פאר די קינדער, אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא (תענית ח.; עיין רש"י דבור המתחיל "מחולדה ובור", ותוספות דבור המתחיל "בחולדה ובור") אז עס איז געווען א מעשה מיט א מיידל וואס איז אריין געפאלן אין א טיפע גרוב, איז אנגעקומען דארט א בחור און איר געפרעגט: "אויב איך וועל דיר ארויס שלעפן וועסטו מיט מיר חתונה האבן?" האט די מיידל געענטפערט: "יא", און זיי האבן גענומען פאר עדות די גרוב און א קאץ וואס איז בשעת מעשה דארט אריבער. דער בחור האט איר ארויסגעשלעפט פון גרוב און ער איז אהיים צו זיין שטוב און זי איז אויך אהיים צו איר שטוב. די מיידל האט געווארט פאר דעם בחור אז ער זאל מיט איר חתונה האבן, אבער דער בחור האט גענומען א צווייטע שידוך, ער האט חתונה געהאט און געבוירן א קינד. איינמאל האט פאסירט א שרעקליכע מעשה, עס איז געקומען א קאץ און געביסן דאס קליין קינד און דאס קינד איז געשטארבן, נאכדעם האט ער געבוירן נאך א קינד און די קינד איז אריין געפאלן אין א גרוב און אויך געשטארבן, האט אים זיין ווייב געפרעגט: "מַה זֶּה הַמַּעֲשֶׂה שֶׁהִגִּיעַ לָנוּ שֶׁלֹא כִּשְׁאָר בְּנֵי אָדָם?" וואס איז דאס אז עס פאסירט צו אונז אזעלכע מעשיות וואס מען הערט נישט ביי א צווייטן? מיר דארפן מאכן א חשבון הנפש, אפשר האבן מיר איינעם וויי געטון? ביז דער מאן האט זיך דערמאנט אז ער האט שוין געשלאסן א שידוך מיט א צווייטע, איז דאס זיכער א שטראף פאר'ן וויי טון יענע מיידל, האט אים זיין ווייב געזאגט: "אויב אזוי, געב מיר א גט און גיי האב חתונה מיט איר".


זעט מען פון די מעשה די הארבקייט פון וויי טון וכו' און אפלאזן א שידוך, אבער אז מען האט נאך נישט אפגעמאכט אז די שידוך זאל ווערן, אפילו די אנדערע זייט מיינט אז דאס איז דער שידוך - און עס ווערט נישט, דארף מען גארנישט זארגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#579 - מעג איך נעמען א זינגער אויפ'ן חתונה וואס איז נישט אזוי ערליך?
חתונה, ניגונים, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זיך נאכאמאל באדאנקען אויף אלע שיעורים, בריוו, און די ניגונים וואס איך הער א גאנצן טאג, וואס איז מיר זייער מחזק.


איך בין א חתן ב"ה, און גרייט זיך אויף די חתונה בשעה טובה ומצלחת. איך האב געוואלט פרעגן אזוי ווי ס'איז דא א בחור אין מיין ישיבה וואס קען שיין זינגען, און ער איז מסכים צו קומען זינגען אויף מיין חתונה פאר אומזיסט. דער פראבלעם איז אבער אז ער איז נישט אזא ערליכער, ער איז נישט אזא ירא שמים, ער קען רעדן אמאל מיאוס וכו'. און דער רבי האט דאך גערעדט זייער שטארק אז מ'טאר נישט הערן ניגונים פון א מנגן רשע.


אויב וועל איך אבער נעמען א זינגער א ירא שמים, וועט עס מיר קאסטן אפאר טויזנט דאלער. וואס זאל איך ענדערש טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט נעמען דעם בחור צו זינגען ביי דיין חתונה; מיר ווייסן נישט ווער עס איז א מנגן רשע. אפילו די וואס זעען אויס פון אינדרויסן ווי ערליכע אידן ווייסט מען נישט באמת זייער פנימיות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קטז): "מען קען נישט דערקענען א צדיק פון אינדרויסן", און זיכער ווייסן מיר נישט ווער איז דער רשע וואס מען טאר נישט הערן פון אים קיין ניגונים.


דער הייליגער רבי געבט אויף דעם אן עצה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): אז מען לערנט גמרא ביינאכט העלפט דאס פאר'ן מענטש אז עס זאל אים נישט שאדטן די ניגונים פון א מנגן א רשע; ביינאכט מיינט מען צו זאגן ווען עס איז נאכט פאר'ן מענטש, עס גייט איבער אויף אים שווערע ביטערע נסיונות, דעמאלט זאל מען אנטלויפן צו די הייליגע תורה, וועט די תורה ראטעווען דעם מענטש עס זאל אים נישט שאדטן די אלע ניגונים.


אז דו גייסט יעצט צו דיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו לערנען גמרא יעדן טאג פון דיין לעבן; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא. נעם דעם דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה.


עס איז כדאי דו זאלסט זען וואס דער הייליגן זוהר זאגט (פרשת קדושים, פה:) וואס עס ווערט אויבן אין הימל ווען א מענטש זאגט די ווערטער פון די תורה אפילו ער פאשטייט נישט וואס ער זאגט און אפילו ער זאגט דאס מיט טעותים.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט נאכדערציילט פון הרב החסיד ר' לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה, אז ער האט געקענט מענטשן וואס האבן נישט געוואוסט פון זייער לעבן צו זאגן פאר זיי זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, זיי זענען געווען פוסטע יונגען, ליידיגע מענטשן, אבער ווען זיי זענען מקורב געווארן צום רבי'ן און האבן אנגעפאנגען צו פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, זיי האבן אנגעפאנגען זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג, אסאך בלעטער גמרא און סימנים שולחן ערוך, זענען זיי געווארן שפעטער גרויסע גאונים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

#578 - וואס טו איך אז שמחה העלפט מיר נישט?
קדושה, שמחה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלע דרשות און חיזוק.


איך האב געשריבן אמאל א בריוו פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז איך פאל דורך מיט מקרה לילה רחמנא ליצלן און איך ווייס נישט וואס צו טון. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געענטפערט אז איך זאל זיין פרייליך, און אזוי וועל איך זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


למעשה פרוביר איך טאקע צו זיין פרייליך, אבער איך זע נישט אז ס'זאל מיר העלפן. אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א ארויסהעלפן?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו און זיך באקלאגט אז ער ווערט נכשל נאכט נאך נאכט מיט די עבירה פון מקרה לילה רחמנא לצלן, ער האט געוויינט צום הייליגער מגיד ער זאל אים געבן אן עצה, האט ער אים געגעבן אן עצה. דער איד איז צוריק געקומען נאך אפאר טעג צום מגיד זי"ע אז די עצה העלפט נישט, האט אים דער טשערנאבלער מגיד געגעבן אן אנדערע עצה, איז ער צוריק געקומען זאגן אז די עצה העלפט אויך נישט און ער ווערט ווייטער נכשל במקרה לילה רחמנא לצלן, האט אים דער הייליגער מגיד זכותו יגן עלינו געזאגט: "יעצט וועל איך דיר געבן א סגולה וואס דו וועסט שוין נישט דארפן צוריקומען צו מיר, ווייל די סגולה וועט דיר זיכער העלפן", ער האט אים ארויס געברענגט דעם ספר 'ליקוטי מוהר"ן' און אים געזאגט: "לערן יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן אביסל פון דעם ספר, וועסטו זיכער ווערן אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס און פון מקרה לילה".


נעם די עצה פון הייליגן מגיד זכותו יגן עלינו; אנשטאט צו ליגן אין בעט מיטן טעלעפאון וכו' און קוקן זאכן וואס ברענגט נישט קיין יראת שמים, זאלסטו איינשלאפן מיטן רבינ'ס ספרים. נעם די ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט די הקדמות פון רבי'ן; נעם דעם ספר אשר בנחל וואס איז איין שטיק חיזוק, עס ברענגט אריין שמחה אפילו ווען מען איז צעבראכן אויף שברי שברים, דורכדעם וועסטו ניצול ווערן פון אלע טומאות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:): "אָמַר רָבָא, וְכֵן לַחֲלוֹם טוֹב", אז מען וויל גוטע ערליכע חלומות זאל מען איינשלאפן מיט שמחה; פאר'ן גיין שלאפן זאלסטו אריין קוקן אין רבינ'ס ספרים וועסטו זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכט.


דער אייבערשטער זאל דיר אפהיטן פון אלעם שלעכט.

#577 - מעג מען זיך עקשנ'ן מיט תפלה, אדער נישט?
תפילה והתבודדות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי זאגט אסאך אז מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן זייער פיל, מ'דארף אים בעטן און בעטן אויף אלע מיני וועגן און קיינמאל נישט אפלאזן דעם אייבערשטן, אבער פון די אנדערע זייט זאגט דער רבי אז מ'טאר זיך נישט עקשנ'ן. ווי אזוי ארבעטן די צוויי זאכן אינאיינעם?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ - שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ – יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאך געבן איז נישט. מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", אז קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ' - הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אויף אנדערע געברויכן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


דאס איז נישט קיין סתירה מיט דעם וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "וְצָרִיךְ לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", מען דארף זיין א גרויסער עקשן ווען מען רעדט צום אייבערשטן, מען דארף זיין זייער שטארק נישט צו ווערן מייאוש ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אסאך צייט און מען באקומט נישט וואס מען בעט; מען דארף האבן אסאך סבלנות אויסצואווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן און ווייטער מתפלל זיין צו אים ער זאל רחמנות האבן און שיקן די ישועה, אבער פון די אנדערע זייט טאר מען נישט דוחק זיין די שעה אז עס מוז זיין אזוי ווי איך וויל וכו' און דער אייבערשטער מוז טון וואס איך וויל וכו' ווייל די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לב:): "כָּל הַמַּאֲרִיךְ בִּתְפִלָּתוֹ וּמְעַיֵּין בָּהּ סוֹף בָּא לִידֵי כְאֵב לֵב", ווער עס זאגט: 'איך בעט אזוי סאך דעם אייבערשטן און איך זע נאך נישט קיין ישועה?' דער באקומט הארץ ווייטאג, אזוי ווי עס שטייט (משלי יג, יב): "תּוֹחֶלֶת מְמוּשָׁכָה מַחֲלָה לֵב", אזוי ווי רש"י זאגט (שם, דבור המתחיל "ומעיין בה"): "מְצַפֶּה שֶׁתֵּעָשֶׂה בַּקָּשָׁתוֹ עַל יְדֵי הַאֲרִכָתוֹ, סוֹף שֶׁאֵינָהּ נַעֲשֵׂית, וְנִמְצֵאת תּוֹחֶלֶת מְמֻשֶּׁכֶת חִינָם, וְהִיא כְּאֵב לֵב כְּשֶׁאָדָם מְצַפֶּה וְאֵין תַּאֲוָתוֹ בָּאָה"; עיין שם.


דאס זאגט אונז דער הייליגער רבי, פון איין זייט דארף א מענטש טראכטן: 'בין איך א גרויסער עקשן, איך וועל נישט אפלאזן דעם אייבערשטן און אים שטענדיג בעטן, אבער פון די אנדערע זייט בעט איך אים ברחמים ובתחנונים: "רבונו של עולם העלף מיר! איך דארף א ישועה; איך ווייס עס קומט מיר גארנישט און איך בין נישט ווערד זאלסט מיר אויסהערן, דאך בעט איך דיר אייבערשטער געב מיר א מתנת חינם און נעם אן מיין געבעט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#576 - ווי אזוי קען איך זיך פרייען מיט אידישקייט?
שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי, און איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען זיך פרייליך אז איך בין א איד. רוב מענטשן זענען פרייליך מיט זייער אידישקייט, אבער ליידער ארבעט דאס נישט ביי מיר, איך זע נישט דער גליק דערפון. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן זען די שיינקייט פון אידישקייט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיר דארפן זיך זייער פרייען מיט'ן "שלא עשני גוי", אז דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער. מיר זעען זייער גוט וואס גוים זענען; דאס אידישע פאלק איז אזוי ווי א קליינע שעפעלע צווישן זיבעציג וועלף און מיר ווייסן דאך וואס די זיבעציג פעלקער - פארציקנדע חיות - האבן געטון דורכאויס די אלע יארן פאר דאס קליינע שעפעלע - נשמות ישראל. זיי שטעלן זיך ארויס אז זיי ווילן נאר 'שלום' און זייער וועג איז 'אהבה', אבער שוין צוויי טויזנט יאר וואס זיי הרג'נען אונז אידן מיט אלע מיתות משונות – סקילה, שריפה, הרג און חנק, אלעס מיט'ן פאלשן פנים מיט וואס זיי שטעלן זיך אהער אז זייער וועג איז צו גיין מיט ליבשאפט.


ווער האט נישט געהערט און געליינט וואס די עמלקים - די דייטשע רשעים ימח שמם וזכרם - האבן געטון מיט מיליאנען אידן; זיי האבן גענומען אומשולדיגע אידן – מענער, פרויען און קליינע קינדער און גע'הרג'ט מיט די גרעסטע מאס רציחה, איבער זעקס מיליאן אידן האבן זיי אויסגע'הרג'ט בשעת אלע פעלקער האבן זיי ארויסגעהאלפן און אפילו די וואס האבן נישט דירעקט געהאלפן זענען געשטאנען אין די זייט און גארנישט געזאגט; אזוי אויך איז ניטאמאל דא א סכום וויפיל מיליאנען אידישע קינדער די רוסן - די פארשאלטענע קאמוניסטן - האבן אויסגע'הרג'ט במשך די יארן!


מיט דעם אליינס דארפן מיר זיך פרייען, אז מיר זענען אידן און מיר זענען נישט מסוגל צו טון אזעלכע רציחות; מיר זענען אן אויסדערוועלט פאלק, א פאלק פון רחמנות און א פאלק וואס טוט חסד. אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (יבמות עט.): "שְׁלֹשָׁה סִימָנִים יֵשׁ בְּאוּמָה זוּ", דריי סימנים זענען דא ביי די אידישע קינדער, - "הָרַחְמָנִים, וְהַבַּיישָׁנִין וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים", אידן האבן רחמנות, אזוי ווי עס שטייט (דברים יג, יח): "וְנָתַן לְךָ רַחֲמִים", דער אייבערשטער וועט אונז געבן רחמנות; אידן שעמען זיך, זיי האבן אין זיך די מדה פון בושה אזוי ווי עס שטייט (שמות כ, יז): "וּבַעֲבוּר תִּהְיֶה יִרְאָתוֹ עַל פְּנֵיכֶם", און אידן האבן די מדה פון טון חסד, אזוי ווי עס שטייט (בראשית יח, יט): "לְמַעַן אֲשֶׁר יְצַוֶּה אֶת בָּנָיו וְאֶת בֵּיתוֹ" וגו'; מיט דעם אליינס דארפן מיר זיך פרייען.


מוהרא"ש האט דערציילט אז ווען דער הייליגער קלויזנבורגער רב זכותו יגן עלינו איז געווען אין די ארבעטס לאגער'ן אונטער די רוצחים - די נאציס ימח שמם וזכרם ביי די צווייטע וועלט מלחמה, האבן זיי איין תקופה געארבעט עבודת הפרך אין די ווארשא געטאו, זיי האבן געדארפט בויען א וואנט. די ברוטאלע נאציס ימח שמם זענען געשטאנען מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן און ווער עס האט נישט געארבעט פלייסיג האבן זיי דערשאסן צום טויט רחמנא לצלן. איין טאג האט זיך אראפגעלאזט א גאס רעגן אזוי אז עס איז נישט מעגליך געווען צו בויען דעם וואנט ווייל די רעגן האט אפגעווישט די ליים (צעמענט), די צעבראכענע אידן האבן געלייגט סעמענט און די רעגן האט דאס אפגעוואשן; עס איז געווען ביטער קאלט און די אידן זענען געפאלן פון די כוחות בשעת די נאציס שטייען און לאכן זיך אונטער פון די אידן, נעבן דעם קלויזנבורגער רבי זי"ע איז געשטאנען א פרייער איד וואס האט אויך געדארפט העלפן בויען דעם וואנט אינעם גאס רעגן, האט ער געפרעגט מיט געשפעט דעם רבי'ן: "רבי, מארגן וועט איר נאך אלץ מאכן די ברכה שלא עשני גוי?" מיינענדיג צו זאגן: 'וואס האבן מיר אז מיר זענען אידן? וואס איז די שמחה מיט 'שלא עשני גוי' אז מען פייניגט אונז?' האט דער קלויזנבורגער רב געזאגט: "מארגן וועל איך מאכן די ברכה מיט א גרעסערע שמחה ווי פריער, זעענדיג וואס גוים זענען מסוגל צו טון; נעמען אן אומשולדיג פאלק און אונז אזוי רצח'נען און פייניגן מיט דאס גרעסטע פייניגונגען וואס א נארמאלע מענטש קען נישט דורכטראגן, מיט דעם אליינס פריי איך מיר, אז איך בין נישט א גוי".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן גלות; משיח זאל אונז נעמען צוריק קיין ארץ ישראל, דעמאלט וועט מען זען די שיינקייט פון דאס אידישע פאלק, במהרה בימינו, אמן.

#575 - ווען און וויפיל דארף מען געבן מעשר?
מעשר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר מיין לעבן, מיין מאנ'ס לעבן, אונזער משפחה'ס לעבן, ווייל נאר די שיעורים זענען אונזער חיזוק אין לעבן, דאס געבט אונז די כח און די שכל אנצוגיין אין לעבן און מצליח זיין אין לעבן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


איך האב א שאלה וועגן מעשר געלט. אלעס מיידל פלעג איך אלס געבן מעשר פון די געלט וואס איך האב פארדינט, אבער נאך די חתונה האט מיין מאן מיר געזאגט אז אויב מ'קען נישט געבן דארף מען נישט געבן, און אזוי איז עס געבליבן אז מיר נעמען נישט אראפ קיין מעשר, נאר מיר געבן סתם צדקה ווען ס'קומט אונטער א צוועק. האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס איז טאקע אויסגעהאלטן, און וואס אמת'דיג דער ענין ווען און ווי אזוי מ'דארף געבן מעשר.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר מיט אייער מאן און אייער גאנצע משפחה זענען זיך מחי' און מחזק מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער.


ווען די וועלט וואלט געוואוסט וואס דער רבי געבט אונז וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן און אלע וואלטן געלערנט די ספרים פון רבי'ן; ווער וויל נישט האבן א גוט לעבן? יעדער וויל דאך האבן א חיים טובים. נאר די סיבה פארוואס מענטשן שטייען אוועק פון רבי'ן און פון ברסלב'ע חסידים איז ווייל מען רעדט אויף אונז אסאך לשון הרע'ס, דעריבער האבן מענטשן מורא פון 'ברסלב'. אבער ווען מען וואלט ווען געוויסט דעם אמת וואס טוט זיך אין ברסלב וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן.


בנוגע מעשר וכו'; דאס איז א שאלה וואס איז נוגע פאר אייער מאן. עס ווענדט זיך צי ער האט חובות וכו' צי ער האט פרנסה וכו', אויב מען האט חובות און מען האט נישט קיין פרנסה וכו' איז מען פטור פון געבן מעשר, דעמאלט איז מען יוצא די מצוה פון צדקה מיט אפאר פרוטות וואס אין דעם איז יעדער איד מחיוב אפילו מען האט נישט קיין געלט.


אז איר ווילט מצליח זיין און האבן פרנסה בשפע זאלט איר מיט אייער מאן און קינדער זיך פארנעמען צו בענטשן ברכת המזון אין א בענטשער פון אינעווייניג, דורכדעם וועט איר ווערן רייך. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ער האט זוכה געווען צו א גרויסע עשירות וויבאלד ער האט זיך צוגעוואוינט צו בענטשן נאר אינעווייניג אין א בענטשער; דאס וועט אייך געבן גרויס שפע אז איר וועט האבן צו געבן מעשר און נאך מער ווי מעשר.


אויך זאלט איר פרובירן מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פרייליך און פרייליך מאכן אייר מאן און קינדער; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", אז די פרוי איז פרייליך ווערט דער מאן פרייליך ווייל עס ווערט אים נתרחב זיין דעת דורכדעם איז מען מצליח, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#574 - זאל איך ארויס פון כולל און גיין ארבעטן?
לימוד התורה, משפחה, כולל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ערשטנס וויל איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים פון חיזוק און הדרכה. איך הער אויס יעדע נייע שיעור, און נישט קיין חילוק ווי צעבראכן איך בין, וועט די שיעור מיר אלץ מחזק זיין און אויפהויבן, עס ברענגט אריין אין מיר א מורא'דיגע שמחה און חיזוק ווייטער אנצוגיין. איך האב ב"ה אנגעהויבן א שיעור אין נ"ך, איך האב שוין געענדיגט יהושע און שופטים, און איך האלט אינמיטן ספר שמואל.


יעצט צו מיין שאלה. איך לערן אין כולל פארמיטאג, און נאכמיטאג ארבעט איך. למעשה אבער זע איך נישט קיין תכלית אין זיצן אין כולל פארמיטאג, איך קען נישט לערנען דארט מיינע שיעורים, א בלאט גמרא מיט חומש רש"י, תהלים און נ"ך, און אזוי ווייטער. איך מוז לערנען די שיעורי הכולל, און כ'האב נישט צופיל געדולד דערצו, און איך שמועס אסאך אינמיטן לערנען. איך מיין אז דאס בעסטע וואלט געווען פאר מיר צו גיין ארבעטן געהעריג, און אליין האבן מיינע שיעורים צו לערנען יעדן טאג.


פאר מיין שווער וועט דאס אבער לכאורה אביסל שטערן אז איך גיי ארויס פון כולל, וויל איך וויסן וואס ס'איז די ריכטיגע זאך צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די ערגסטע זאך איז צו 'גיין ליידיג'; אלע פראבלעמען קומען פון גיין ליידיג. אז מען גייט ליידיג קומט מען צו טון עבירות און עס ברענגט אלע שלעכטס פארן מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", אז מען בטל'ט די צייט קומט מען צו עבירות און מען ווערט דעפרעסט.


איז זיכער אז דו זאלסט זען אנצופולן דיין טאג; זאלסט לערנען דיינע אייגענע שיעורים כסדרן און נעמען אן ארבעט, ווייל (אבות ב, ב): "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ", עס איז גוט פאר'ן מענטש ער זאל לערנען און ארבעטן, "שֶׁיְּגִיעַת שְׁנֵיהֶם מְשַׁכַּחַת עָוֹן"; 'מְשַׁכַּחַת' איז דער זעלבער לשון פון: 'שִׁכְחָה', אז מען ארבעט און מען לערנט פארגעסט מען צו זינדיגן און מען האט ניטאמאל קיין צייט צו זינדיגן.


בנוגע דיין שווער וכו'; א שווער קען מען נישט אפנארן, יעדער שווער ווייסט פונקט דעם מצב מיט זיין איידעם - צי ער לערנט אדער ער גייט ליידיג, מיט דעם וואס דו זיצט אין כולל און דו בטל'סט צייט וכו' וועסטו אים נישט מאכן קיין נחת. דעריבער זאלסטו שוין זוכן עפעס מיט וואס אנצופולן דיינע שעות.


אז דו וועסט גיין ארבעטן, זיך פירן מיט יראת שמים און דו וועסט אויסנוצן דיין צייט; יעדע איבעריגע מינוט וועסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן, חומש רש"י מיט'ן תרגום איינגעטיילט אויפ'ן טאג: זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי אויך וועסטו זאגן פרקים משניות, דפים גמרא און קאפיטלעך תהילים - וועסטו מאכן נחת פאר דיינע עלטערן און פאר דיין ווייב'ס עלטערן; אלע וועלן האלטן פון דיר.


כולל איז געמאכט נאר פאר יונגעלייט וואס נפשם חשקה בתורה, זיי לערנען אן קיין הפסק א גאנצן טאג.


 

#573 - וואס טו איך אז מיין ווייב איז מיר נישט גענוג מכבד?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה געהאט פאר עטליכע חדשים צוריק, און איך שפיר אז מיין ווייב איז מיר נישט מכבד, זי געבט די ערשטע פלאץ קודם פאר אירע חבר'טעס, פאר איר משפחה, און ערשט דערנאך קום איך.


איך וואס נישט וואס צו טראכטן, און איך ווייס נישט וואס צו טון וועגן דעם. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו שפירסט אז דיין ווייב שעצט דיר נישט אזוי שטארק און אז אירע חבר'טעס און משפחה זענען ביי איר פאר דיר, און דאס שטערט דיר זייער שטארק; וויסן זאלסטו אז אסאך יונגעלייט גייען דאס אריבער נאך די חתונה. עס נעמט צייט ביז מען שפירט זיך נאנט איינער צום צווייטן און מען ווערט באקוועם איינער מיטן צווייטן.


אז דיין ווייב לויפט צו אירע עלטערן און צו אירע געשוויסטער דארף דאס דיר נישט באדערן; אדרבה, פריי זיך אז זי האט משפחה, אז זי האט ליב אירע עלטערן און געשוויסטער, עס איז נאר א מעלה פאר דיר אז זי האלט זיך גוט מיט איר משפחה, דו וועסט נאך אסאך מרוויח זיין פון דעם.


דער עיקר זאלסטו זען צו זיין א משפיע; דו זאלסט זיין דער וואס געבט כבוד דורכדם וועסטו אליינס ווערן מכובד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ מְכֻבָּד? הַמְכַבֵּד אֶת הַבְּרִיּוֹת" אז דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב און דו וועסט איר פרייליך מאכן וועט דאס צוריק קומען צו דיר, ווייל (עירובין יג:): "כָּל הַמְחַזֵּר עַל הַגְדוּלָה", ווער עס זוכט צו זיין גרויס "גְדוּלָה בּוֹרַחַת מִמֶּנּוּ", וועט קיינמאל נישט אנקומען צו דעם, אבער "וְכָל הַבּוֹרֵחַ מִן הַגְדוּלָה", דער וואס זוכט נישט קיין כבוד, ער אנטלויפט גאר פון כבוד, "גְדוּלָה מְחַזֶּרֶת אַחֲרָיו", דער וועט ווערן גרויס, אלע וועלן אים מכבד זיין; אז דו וועסט זוכן וואו דו קענסט מכבד זיין דיין ווייב און איר פרייליך מאכן וועט זי דיר ליב האבן און דיר האלטן מער פון אלעמען.


נאכאמאל, עס זאל דיר נישט באדערן ווען זי רעדט צו אירע געשוויסטער און צו אירע חבר'טעס, דאס מיינט נאך נישט אז זי דארף דיר נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#572 - ווי אזוי קען איך האבן א טעם אין לעבן?
התחזקות, לימוד התורה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ירושלים עיה"ק, איך וואלגער זיך ארום פון איין ישיבה צום צווייטן, אין שיעור א' בין איך געווען אין איין ישיבה, אין שיעור ב' אין א צווייטע ישיבה, און יעצט אין א דריטע ישיבה, און איך שפיר אז מיר גייט עס נישט.


איך האב נישט קיין חשק צו לערנען, קיין חשק צו דאווענען און תפלין לייגן, און בכלל האב איך נישט קיין סיפוק פון קיין שום זאך אין לעבן. ווען איך וויל שוין גיין רעדן אביסל צום אייבערשטן, שפיר איך ווייטער אז דער אייבערשטער וויל מיר פשוט נישט אויסהערן.


ס'איז נישט אז איך בין א ליידיג גייער און איך האלט ביי גארנישט, ווייל באמת ציט מיר מיין הארץ זייער שטארק צו וועלן זיין גוט, צו וועלן זיין ערליך, צו האבן עפעס א תכלית אין לעבן, אבער עס גייט מיר נישט. איך פארשטיי נישט פארוואס פונקט איך בין אויסגעקליבן געווארן צו זיין דער לא יצלח, צו זיין דער וואס טויג צו גארנישט, וואס מוז נאכלויפן די ווינט, דער וואס מוז קוקן כל דבר אסור.


איך גלייב אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר האבן וואס צו זאגן, עפעס אן עצה און א וועג ווי אזוי אויך איך זאל קענען מצליח זיין אין לעבן.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט מצליח זיין און אויסנוצן דיינע יונגע יארן ווי עס דארף צו זיין זאלסטו אננעמען דעם הייליג'ן רבינ'ס "סדר דרך הלימוד". דער וואס לערנט אויפן 'סדר דרך הלימוד' פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) ווערט מיט די צייט מיושב; מען איז זוכה צו ווערן א רואיגער מענטש, מען שפירט א טעם אין לעבן און מען שפירט שוין נישט ווי דער אייבערשטער וויל נישט אויסהערן, מען הייבט אן שפירן ווי מען איז יא ווערד.


דערפאר זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לימוד משניות; משניות וועט דיר אויסרייניגן און דו וועסט שוין נישט שפירן ביי זיך אז דו ביסט גארנישט ווערד. "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; משניות איז מְשַׁנֶה דעם מענטש און מאכט אים ריין. אזוי אויך האט משניות א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע; הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי (תהילים ל, ד), איז די ראשי תיבות: 'מִשְׁנָה', משניות נעמט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.


פרוביר צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות; אז מען זאגט יעדן טאג ח"י פרקים משניות מאכט דאס לויטער דעם מענטש און עס געבט אים צוריק דעם מח. ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט אים אויסגעריסן זיין מח-מחשבה, ווייל די זרע קומט פונעם מח, דעריבער אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטריקנט וכו', און אז מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארע מח.


אויך זאלסטו זאגן אסאך דפים גמרא יעדן טאג; ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; און אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה, זיי ווערן כעפרא בעלמא.


אז דו וועסט טון וואס שטייט אינעם בריוו וועסטו שפירן חשוב ביי דיר.


 

#571 - וואס טו איך וועגן מיין שוועסטער וואס גליטשט ליידער אוועק?
חיזוק פאר מיידלעך, סמארטפאון, עצות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און איך שטארק זיך מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, וואס איך הער ביי די געוואלדיגע שיעורים.


איך האב א שוועסטער וואס האט ליידער אנגעהויבן גליטשן פון אידישקייט, זי חבר'ט זיך מיט שלעכטע חברים, זי האט זיך געשאפט א סמארטפאון און איז פארנומען מיט דעם א גאנצן טאג, און ליידער אויך אום שבת קודש.


עס טוט מיר זייער וויי צו זען אז מיין שוועסטער איז מחלל שבת רחמנא ליצלן, מיינע עלטערן ווייסן נישט דערפון, און איך ווייס נישט אויב איך זאל זיי דערציילן איבערדעם אדער נישט.


איך אליין וויל נישט ווערן אפגעקילט דורך איר, איך וויל זיך שטארקן צו זיין נאר וואויל און ערליך, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין און געבן אן עצה ווי אזוי זיך צו פירן אין אזא מצב.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער בריוו האט מיר זייער בארירט; די צער פון וואס איר דערציילט אינעם בריוו פון אייער שוועסטער וכו' השם ירחם האט מיר געשטאכן ביז מיין הארץ.


הדבר הראשון זאלט איר זיך זייער שטארקן זיך ווייטער צו פירן בדרך התורה, ווייל נאר מיט די תורה האט מען א לעבן; עס איז א רחמנות אויף די וואס לאזן אפ די וועג פון די תורה ווייל אויב מען לאזט אפ די תורה איז זייער ביטער, אבער אז מען היט די תורה, בפרט אז מען היט שבת קודש און מען איז זיך מענג מיט'ן שבת, איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות און געבט דעם מענטש גוטס אן קיין ענדע, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח:): "כָּל הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתוֹ - אֲפִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה כְּדוֹר אֱנוֹשׁ, מוֹחֲלִין לוֹ", און (שבת קיח.): "כָּל הַמְעַנֵּג אֶת הַשַּׁבָּת נוֹתְנִין לוֹ נַחֲלָה בְּלִי מְצָרִים".


צווייטנס בעט איך אייך איר זאלט ברענגען נחת פאר אייערע עלטערן; איר זאלט זיך ווייטער פירן איידל און גיין אנגעטון איידל וועט איר געזונט מאכן אייערע עלטערן און זיי צוגעבן יארן צום לעבן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן מב): "בָּנִים הַטּוֹבִים - רְפוּאָה גְּדוֹלָה לָאָבוֹת", גוטע קינדער היילן אויס די עלטערן; זאגט גארנישט פאר אייערע עלטערן בנוגע אייער שוועסטער, עס וועט גארנישט בעסער מאכן עס וועט זיי נאר מאכן שברון לב. זיי וועלן דאס נישט קענען אריבער טראגן, ווייל די גרעסטע צער פאר עלטערן איז צו זען ווי א קינד גייט אוועק פון אידישקייט השם ירחם.


אז איר ווילט העלפן אייער שוועסטער זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר איר אז ער זאל אריין לייגן אין איר א רוח טהרה, א ריינקייט, אז זי זאל אפלאזן די שלעכטע חבר'טעס, זי זאל תשובה טון און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן. זאגט איר גארנישט קיין מוסר; אייער אויפפירונג און אייערע מעשים וועט איר צוריק שלעפן, ווען זי וועט זען ווי שיין איר רעדט, אייער שטענדיגע שמייכל און אייער אמונה ובטחון וועט דאס ברענגען אז זי זאל צוריק קומען. שמועסט מיט איר דערציילט איר מעשיות פון תפילה וואס איר האט געבעטן און דער אייבערשטער האט אייך געהאלפן.


מיר דארפן וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער; ווער עס ווייסט וואס טוט זיך אפ היינט... עס פאלן נעבעך אוועק בחורים און מיידלעך פון די שענסטע שטובער, בפרט דורך די צרה וואס מיר האבן אין אונזער דור - די אינטערנעט, וואס איינמאל מען פאלט אריין אין דעם איז זייער שווער צוריק צו קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אייער שוועסטער זאל תשובה טון בקרוב.

#570 - וואס ענטפער איך אויף די טענות אויפ'ן סדר דרך הלימוד?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פון טיפן הארצן פאר אלע שיעורים און חיזוק, ס'האט מיר באמת געטוישט דאס לעבן צום גוטן, איך האב נישט גענוג ווערטער צו קענען אראפשרייבן מיינע געפילן ווי אזוי איך בין ממש געווארן א נייער מענטש פון די שיעורים.


בפרט פונעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, לויט ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס ערקלערט, וואס דאס האט מיר געמאכט לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה.


לעצטנס האט מיר אבער מבלבל געווען איבער דעם, אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג צו לערנען, ער האט מיר געברענגט א ראיה פון ר' אברהם ב"ר נחמן זי"ע וואס שרייבט אין כוכבי אור אז מ'מוז יא פארשטיין פשוט פשט פון וואס מ'לערנט, און אויב נישט הייסט עס נישט געלערנט.


איך האב אים נישט געהאט וואס צו ענטפערן אויף דעם, וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, וואס איז באמת מיין ראש ישיבה וואס האט מיר געלערנט א וועג אין לעבן, וואס איז טאקע פשט דערפון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער, און אז דיין לעבן האט זיך געטוישט, דו ביסט ממש געווארן א נייע מענטש. בפרט אז דו האסט אנגענומען דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן און דורך דעם לערנסטו תורה יעדן טאג.


דער סדר דרך הלימוד פון רבי'ן איז אזא שיינע מתנה, און ווער עס נעמט דאס אן בתמימות ופשיטות קען זוכה זיין דורך צו גיין די גאנצע תורה אן א שיעור מאל. עס איז כדי דו זאלסט אריין קוקן וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טּוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ. רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל־פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר־כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


דער רבי זאגט דארט ווייטער: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד - לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיין שם.


אנשטאט רעדן און זיך טענה'ען מיט חברים וכו' קענסטו אין די צייט ענדיגן נאך א מסכתא און נאך א מסכתא. א שאד צו טענה'ען מיט מענטשן בכלל, בפרט אינעם סדר דרך הלימוד, אזוי ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת, אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת "סֵדֶר דֶּרֶךְ הַלִימוּד" שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס 'סדר דרך הלימוד', "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ?!" אויב אזוי פארוואס זאלט איר זיך טענה'ען מיט מענטשן? "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#569 - אפשר ענדערש לערנען ווייניגער, אבער בעסער פארשטיין?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך הערצליך באדאנקען פאר אלע חיזוק שיעורים, וואס זענען ממש כמים קרים על נפש עיפה.


כ'וויל פרעגן, אזוי ווי איך לערן ב"ה יעדן טאג גמרא מיט תוספות, איך פארשטיי ב"ה וואס איך לערן, אבער א חבר זאגט מיר אז פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א זעט מען אז ס'לוינט זיך ענדערש צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, דאס מיינט צו זאגן בלויז די ווערטער אן פארשטיין, און אויף דעם וועג קען מען ענדיגן גאנץ ש"ס אין א קורצע צייט. איך מיין אבער אז ס'איז בעסער צו לערנען ענדערש ווייניגער, אבער פארשטיין וואס מ'לערנט, אפילו ס'וועט נעמען לענגער ביז'ן ענדיגן אפילו איין מסכתא.


מיר האבן באשלאסן אז מיר וועלן פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א'ס מיינונג איבער דעם.


איך ווארט אויף אן ענטפער, און א גרויסן יישר כח, אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם 'רבי'נס סדר דרך הלימוד' איז א דרך הלימוד פאר יעדן איינעם - מקטן ועד גדול, פונעם שוואכסטן קאפ ביזן טיפסטן קאפ. ממה נפשך - דער וואס פארשטייט לערנען, פאר אים זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן עו): "רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ. וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און פאר דעם וואס ווייסט גארנישט - ניטאמאל די פירוש המילות - פאר אים זאגט דער רבי (שם): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד, רַק הָאֲמִירָה לְבַד; לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין".


דער רבי וויל איין זאך: "מען זאל נישט אויפהערן לערנען, צוליב דעם וואס מען וויל בעסער לערנען"; דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט ווייטער אנהאלטן מיט דיין שיעור בגמרא רש"י תוספות, חוץ מזה זאלסטו זיך מאכן שיעורים בכל התורה כולה, אז דו פארשטייסט איז גוט און אז נישט איז ווייטער גוט. שלמה המלך זאגט (קהלת ז, יח): "טוֹב אֲשֶׁר תֶּאֱחֹז בָּזֶה, וְגַם מִזֶּה אַל תַּנַּח אֶת יָדֶךָ כִּי יְרֵא אֱלֹהִים יֵצֵא אֶת כֻּלָּם"; עס איז דא צייט פאר ביידע, סיי פאר לערנען שנעל און סיי פאר לערנען בעיון, אדרבה - זע צו לערנען ווייטער דיינע שיעורים גמרא תוספות וכו', אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, שם): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", א מענטש זאל אויך האבן א שיעור צו לערנען אביסל בעיון יעדן טאג.


אויך זאלסטו לערנען אסאך פרקים משניות און אסאך דפים גמרא - אפילו אן פארשטיין, און במשך הימים וועסטו זוכה זיין צו שפירן א טעם אין די הייליגע תורה, דיין קאפ וועט זיך דיר עפענען און דו וועסט פארשטיין אלעס וואס דו לערנסט.


וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער, אז דו וועסט אננעמען דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד" וועסטו זוכה זיין צו מטייל זיין בכל התורה כולה און דו וועסט האבן אנגעפולטע טעג; יעדן טאג וועט דיר זיין אנגעפולט מיט תורה און צום סוף וועסטו זוכה זיין צו פארשטיין נאך מער ווי די וואס לאכן אפ פונעם סדר דרך הלימוד וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#568 - מעג מען עסן א קענדי פאר קידוש אדער הבדלה?
שבת קודש, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים. איך האב היינט געהערט אין א גמרא שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די הארבקייט פון עסן פאר הבדלה, אז מ'באקומט א מחלה אין די האלז רחמנא ליצלן. האב איך געוואלט פרעגן אויב א [ricola] קענדי מעג מען יא, ווייל אסאך מאל קומט אויס אז איך דארף ווארטן זייער לאנג ביז איך קען הערן הבדלה. און די זעלבע וויל איך וויסן אויב מ'מעג נעמען א קענדי אין מויל פרייטאג צו נאכטס פאר קידוש, אויב מ'דארף ווארטן א לאנגע צייט.


יישר כח, נישטא גענוג ווערטער צו באדאנקען פאר אלע שיעורים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פאר קידוש טאר מען נישט עסן, אויך טאר מען נישט טרינקען - אפילו וואסער (שלחן ערוך אורח חיים סימן רע"א, סעיף ד), אזוי אויך טאר מען נישט עסן פאר מען מאכט הבדלה (שם סימן רצ"ט, סעיף א).


אז דו ביסט הונגעריג פרייטאג צו נאכטס זאלסטו גלייך אהיים גיין מאכן די סעודה, אזוי ווי דער שלחן ערוך פסק'נט (שם סימן רע"א, סעיף א): "כְּשֶׁיָּבֹא לְבֵיתוֹ יְמַהֵר לֶאֱכֹל מִיָּד", שבת ביינאכט דארף מען גלייך אהיים גיין מאכן די סעודה; אנשטאט שמועסן אין שול פון דברים של מה בכך, גיי אהיים שמועס מיט דיין ווייב און קינדער פון די סדרה, פון צדיקים; פארצייל זיי מעשיות פון תפילה.


אזוי אויך מוצאי שבת זאלסטו נישט עסן גארנישט פאר הבדלה, עס ווערט געברענגט פון אריז"ל (עיין בליקוטי מהרי"ח סדר הבדלה מוצאי שבת; כף החיים סימן רצ"ט סעיף קטן ו) אז אפילו וואסער זאל מען נישט טרינקען פאר הבדלה.


עס איז זייער וויכטיג זיך צו מאכן א שיעור אין הלכה כדי מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", און אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען כאטשיג איין הלכה אפילו נישט כסדרן מען ער האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ"שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


הלכה איז געווען ביים רבי'ן דער וויכטיגסטער שיעור. דער רבי האט געזאגט (שם) אז הלכה קומט פאר אלע אנדערע שיעורים, "כִּי עַל יְדֵי חֲטָאִים נִתְעָרֵב טוֹב וָרַע", ווייל דורכדעם וואס א מענטש זינדיגט מישט ער אויס גוטס מיט שלעכטס; ער ווייסט נישט וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, אויף שלעכטס זאגט ער אז דאס איז טוב, און אויף גוטס זאגט ער אז דאס איז רע; די עצה אויף דעם איז, צו לערנען הלכה, "וְעַל יְדֵי לִמּוּד פּוֹסֵק, שֶׁמְּבָרֵר הַכָּשֵׁר וְהַפָּסוּל הַמֻּתָּר וְהָאָסוּר הַטָּהוֹר וְהַטָּמֵא, עַל יְדֵי זֶה נִתְבָּרֵר וְנִפְרַשׁ הַטּוֹב מִן הָרָע", ווייל ווען מען לערנט הלכה זעט מען גלייך וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, וואס מעג מען טון און וואס טאר מען נישט טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#567 - וואס טוט מען אז מ'קען נישט רעדן צום אייבערשטן?
חיזוק פאר מיידלעך, תפילה והתבודדות, אמונה, צרות, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און די איינציגסטע זאך וואס האלט מיר ביי אידישקייט און ביים אייבערשטן איז נאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב זייער א שווערע און ביטערע לעבן, איך בין פול מיט יסורים און דעפרעסיע כסדר, און איך האב נישט קיין שום געפיל צו לעבן, איך ווייס נישט פארוואס איך לעב, איך ווייס נישט פארוואס איך בין געבוירן געווארן אויף דער וועלט, פארוואס בין איך אראפגעקומען דא זיך צו מוטשען מיט אזויפיל צרות און יסורים?


פארוואס האט דער אייבערשטער זיך אזוי פארלייגט אויף מיר? אין די מצב אין וואס איך בין, ווי אזוי וועל איך קענען חתונה האבן? ווי אזוי וועל איך קענען אויפציען קינדער? אין די צייט וואס איך בין אזוי דעפרעסט, איך בין אזוי פיל מיט נעגאטיווע געפילן.


דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ווארשיינליך ענטפערן צו מאכן התבודדות, צו רעדן צום אייבערשטן, אבער דער יצר הרע לאזט מיר נישט אפ, איך קען ממש נישט עפענען דאס מויל און ארויסרעדן אפילו איין אות צום אייבערשטן. ווען איך וויל אנהויבן רעדן צום אייבערשטן, ווער איך ממש שטום, די מויל איז מיר פארקלעבט.


ביטע העלפט מיר.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער שטארק איר זאלט אריין נעמען אין זיך די אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דורכדעם וועט אייך בעסער ווערן. ווייל ווי מער א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, דאן לעבט ער א זיסע לעבן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער אלץ בחור ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן און ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, צוליב די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור מאל, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם; פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


אז איר ווילט ארויס גיין פון אייער דעפרעסיע דארפט איר אויפזוכן דאס גוטס אין זיך; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן, מען זאל קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען ר' אהרן קובליטשער זכרונו לברכה (דער שווער פון הרב החסיד רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה), דער ר' אהרן איז געווען זייער א פרייליכער איד, ער איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א שמייכל אפילו ער איז געווען א עני ואביון און עס איז ממש נישט געווען וואס אריין צו נעמען אין מויל ביי אים אין שטוב. זיין ווייב פלעגט אים כסדר פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, מיר האבן דאך גארנישט?!" פלעגט ער איר שטענדיג ענטפערן: "דו גלייבסט דאך עס וועט נאך זיין גוט אמאל, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט; יעצט האבן מיר טאקע גארנישט, אבער עס וועט נאך גוט זיין, און דעמאלט וועלן מיר האבן מיט וואס זיך צו פרייען, דערפאר בארג איך שוין אויס אביסל פון די שמחה פון דעמאלט".


איר שרייבט אז איר קענט נישט עפענען דאס מויל צו רעדן צום אייבערשטן, דאס איז ווייל איר טראכט נאר פון אייער שלעכטס, אז איר וועט אנהייבן זוכן דאס גוטס אין זיך, איר וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך, אויך אז איר וועט גלייבן אז איר וועט ארויס גיין פון אלע שוועריקייטן און איר וועט ווערן פרייליך – דאן וועט איר שוין קענען רעדן צום אייבערשטן און אים אלעס קענען דערציילן.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט קוקן אויף אייער לעבן.

#566 - וועט מיר שאטן די הקפדה פון מיין לערערין?
חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א דאנק פאר די הערליכע שיעורים.


איך בין א מיידל פון 17 יאר, מיין לערערין שרייט די גאנצע צייט אז זי איז קיינמאל נישט מוחל ווער עס רעדט אינמיטן איר שיעור, אבער די מיידלעך לאכן זיך אויס פון איר.


איך פרובירט צו זיין וואויל און נישט רעדן אדער שטערן, אבער לעצטנס האב זי איינמאל געהייסן עפעס שרייבן, און איך האב נישט געהאט קיין בליי, האט איך געבעטן פון איינעם א בליי, און דעמאלט איז מיין לערערין געווארן אזוי שטארק ברוגז אויף מיר, זי האט מיר געזאגט אז איך זאל אפילו נישט פרובירן צו קומען איר איבערבעטן, ווייל זי איז מיר נישט מוחל.


איך האב זייער מורא פון דעם, אז ס'זאל מיר נישט שאטן פאר א שידוך, פאר קינדער, אדער אנדערע פראבלעמען, אזוי ווי איך האב שוין געהערט אסאך אזעלכע סארט מעשיות.


איך האב שוין גערעדט צו מיין מנהלת און זי מאכט נישט נישט וויסנדיג, און מיינע עלטערן זענען אויך נישט באזארגט, אבער איך האב זייער מורא. וואס דארף איך צו טון אין אזא מצב?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז ביים הייליגן רבי'ן איז די ערשטע זאך געווען "דרך ארץ", און דער הייליגער רבי האט געזאגט: "וֶוען קֵסָרִין אוּן קֶענִיגְן וָואלְטְן גֶעוואוּסְט וָואס פַאר אַ דֶּרֶךְ אֶרֶץ אִיךְ לֶערְן מִיט מַיינֶע מֶענְטְשְׁן, וָואלְטְן זֵיי גֶעשִׁיקְט זֵייעֶרֶע קִינְדֶער לֶערְנֶען בַּיי מִיר דֶּרֶךְ אֶרֶץ"; ווייל דער עיקר פונעם מענטש איז די מידות. אויב מען פירט זיך מיט דרך ארץ ווייזט דאס אז דער מענטש איז א וואוילער מענטש, אבער אויב מען פירט זיך אויף מיט חוצפה, מען שטערט די כיתה, דעמאלט זעט מען גלייך אז דער מענטש איז נישט קיין ערליכער מענטש.


דער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן העלפן, אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן, חוץ אן עזות פנים"; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם", פאר אן עזות פנים איז דא איין עצה – אים לייגן אין גיהנום; דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך אויפפירן צו אייערע טיטשערס מיט דרך ארץ, מיט דעם וועט איר זיך איינקויפן א גוטע נאמען און איר וועט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב.


זעט זיך צו חבר'ן זיך נאר מיט ערליכע מיידלעך וואס פירן זיך מיט דרך ארץ און צניעות.


איר דארפט נישט מורא האבן וכו'; אז איר וועט זיך אויפפירן איידל פון יעצט און ווייטער וועט אייך אייער טיטשער מוחל זיין און ליב האבן, עס וועט אייך גארנישט שאטן - נישט פאר אייך און נישט פאר אייערע קינדער.

#565 - איר קענט מיר געבן חיזוק אויף ליינען קריאת שמע שעל המטה?
התחזקות, שלאפן, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות, יעדע גוטע זאך וואס איך טו, איז נאר אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך וויל זייער ליינען יעדע נאכט קריאת שמע שעל המטה, אבער ס'קומט מיר אן זייער שווער, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר שרייבן אביסל דברי התעוררות און חיזוק אויף דעם ענין.


יישר כח, משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס נעמט נישט לאנג צו ליינען קריאת שמע; דאס גאנצע קריאת שמע ליינען נעמט אינגאנצן אפאר מינוט.


ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט ווי חשוב קריאת שמע שעל המטה איז, וואלט מען מער נזהר געווען אין דעם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ, מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן גייען אלע מזיקים אוועק פון אים; נאך זאגן זיי (שם): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע פארן גיין שלאפן איז אזוי ווי ער האלט א מעסער וואס איז שארף פון ביידע זייטן און אזוי הרג'עט ער אויס אלע מזיקין; זאלסטו פון היינט ליינען קריאת שמע שעל המיטה וועסטו אוועק נעמען אלע שלעכט פון דיר. אויך זאלסטו זיך מתודה זיין ביים ליינען קריאת שמע (אזוי ווי עס איז געדרוקט אינעם נוסח האריז"ל) ווייל רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות, קריאת שמע שעל המטה, הלכה ב) אז ווען א מענטש ליינט קריאת שמע ביינאכט פאר ער גייט שלאפן און ער איז זיך דערביי מתוודה – "אֵינוֹ זָז מִשָׁם עַד שֶׁמוֹחֲלִין לּוֹ", איז מען אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


ברכת המפיל זאגט מען גלייך פאר מען ליינט קריאת שמע אזוי ווי עס איז געדרוקט אין סידור עת רצון.


אויך זאלסטו מקפיד זיין אויף נעגל וואסער, ווייל נעגל וואסער איז א יסוד היסודות אין א אידישע שטוב; גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי דארף מען זיך אפגיסן די הענט.


עס זענען דא צוויי טעמים פארוואס מען דארף זיך אפגיסן די הענט ווען מען שטייט אויף אינדערפרי, איין טעם ווייל בשעת מען שלאפט כאפט מען זיך אן וואו מען איז צוגעדעקט און מען ווערט טמא (רא"ש ברכות פרק ט, סימן כג), נאך א טעם (תשובות הרשב"א, חלק א', סימן קצא): ווייל ווען מען שטייט אויף ווערט מען א בריה חדשה, אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, כג): "חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ", און די ערשטע זאך פאר מיר הייבן אן צו טון אונזער עבודה פארן אייבערשטן דארפן מיר זיך וואשן די הענט, אזוי ווי די כהנים וואס האבן זיך געדארפט וואשן די הענט ביים כיור יעדן צופרי זיך צו רייניגן פאר זיי האבן אנגעהויבן די עבודה אין בית המקדש.


מענטשן מיינען אז נעגל וואסער איז א מנהג וכו' דערפאר איז מען מזלזל אין דעם, אבער דער אמת איז אז עס איז זייער וויכטיג זיך צו וואשן נעגל וואסער. דער זוהר הקדוש זאגט (וישב, קפד:) אז בשעת א מענטש שלאפט און זיין נשמה גייט ארויף קומט א רוח טומאה אויפן מענטש, ווען דער מענטש וועקט זיך אויף קומט זיין נשמה צוריק און דעמאלט גייט אוועק די רוח טומאה פון אים, אבער עס בלייבט אויף זיין הענט און טוט זיך נישט אפ נאר דורך נעגל וואסער.


איך שרייב דיר א קליינע תפילה, דאס זאלסטו בעטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען צו ליינען קריאת שמע פאר איך גיי שלאפן. העלף מיר איך זאל מיך אנגרייטן נעגל וואסער, אזוי וועל איך זיין אן ערליכער איד.


הייליגער באשעפער, יעדע נאכט ווער איך אזוי פויל, איך דריי מיר אהער און אהין, איך פארברען די נאכט מיט נארישקייטן און נאכדעם פאל איך אריין אין בעט אן קריאת שמע און אן נעגל וואסער; העלף מיר אייבערשטער איך זאל מיך קענען צוזאמנעמען צו גיין שלאפן צייטליך, מיט יראת שמים. העלף  מיר אז איך זאל זיך מתודה זיין פאר איך גיי שלאפן און איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויפן יצר הרע וואס מאכט מיר טראכטן: 'מארגן'; 'מארגן וועל איך ליינען קריאת שמע'; 'מארגן וועל איך טון וואס איך דארף יעצט טון'; הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל טראכטן פון תכלית, אז עס קען זיין אז היינט איז מיין לעצטע טאג בזה העולם, וועל איך ליינען קריאת שמע און זיך מתודה זיין".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#564 - אפשר שאדט מיר א שידוך וואס איז נישט געווארן?
שידוכים, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל מוז איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים און חיזוק, ס'האט ממש געטוישט מיין לעבן, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעם גוטס.


איך בין א ווייבל, כ'האב חתונה געהאט פאר עטליכע יאר צוריק, איך האב ב"ה א טייערער מאן, און מיר האבן ב"ה א הערליך לעבן.


איך האב אבער א שווערע זאך וואס ליגט מיר אויף די געוויסן, פאר איך בין א כלה געווארן, האט מען מיר אנגעטראגן א צווייטע שידוך, למעשה בין איך נישט געווען צופרידן דערפון, און נאך עטליכע בעשאו'ס האב איך געזאגט פאר'ן שדכנ'טע אז איך וויל נישט דעם שידוך, און דער שידוך איז טאקע נישט געווארן.


די שדכנ'טע איז אבער געווען א קרוב מיט זיי, און זי האט מיר זייער פרובירט צוצורעדן איך זאל יא טון דעם שידוך, און זי האט איינגערעדט די אנדערע זייט אז מ'האלט שוין אט אט ביים ענדיגן דעם שידוך, און זיי האבן שוין אפילו געקויפט צירונגען. אבער למעשה איז דער שידוך נישט געווארן, ווייל איך האב נישט געוואלט.


דער בחור איז דערווייל נאכנישט קיין חתן, און איך האב געהערט אז ער איז זייער אנגעווייטאגט, און איך האב מורא אז דאס שאדט פאר מיר, אז איך האב נאכנישט זוכה געווען געהאלפן צו ווערן מיט קינדער. איך האב שווערע שולד געפילן פון דעם.


איך בעט זייער אז דער ראש ישיבה זאל מיר ענטפערן וואס איך קען יעצט טון וועגן דעם.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איבער בעטן דארף מען נאר איינעם וועם מען האט וויי געטון, אבער אין דעם פאל וואס איינער האט אויסגעטראכט א מעשה אז איר זענט זיין כלה און ער איז פון דעם בצער האט דאס גארנישט מיט אייך צו טון.


דאס איז דאך די סיבה פארוואס דער בחור און מיידל דארפן זיך טרעפן פאר מען מאכט דעם שידוך - כדי זיי זאלן זען צי זיי ווילן גיין ווייטער אדער נישט; כל זמן מען פארמאכט נישט דעם שידוך האט קיינער נישט מיטן צווייטן. אז דער שדכן האט געזאגט פאר די אנדערע זייט אז מען גייט ווייטער מיטן שידוך וכו' האט דאס גארנישט מיט אייך וכו'; אסאך שדכנים זוכן ווי שנעלער צו שטופן שידוכים און געבן נישט די מעגליכקייט פאר'ן בחור און מיידל צו זאגן וואס זיי שפירן, און אסאך מאל פאסירט נאכדעם נישט גוטע זאכן, ווען איינער שפירט אז מען האט אים אריין געצווינגען וכו'.


דאס איז מעשה שטן וואס פארגינט אייך נישט אייער שיין לעבן מיט אייער מאן, דערפאר ברענגט ער אייך אריין אלטע מעשיות וכו' וכו'; קלאפט אייך ארויס פון קאפ דעם גאנצן סיפור, דאס האט גארנישט מיט אייך צו טון.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס וואס איר האט, אז איר האט א מאן און איר לעבט א גוט לעבן, דורכדעם וועט דער אייבערשטער טון מיט אייך נאך גרויסע ניסים. דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט: "ווען א מענטש האט א נס, זאל ער דאס דערציילן פאר יעדן איינעם, דאס וועט מאכן אז דער אייבערשטער זאל מאכן מיט אים נאך ניסים".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#563 - ווי אזוי שלאפט מען בצניעות?
חיזוק פאר מיידלעך, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, איך האב געליינט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו אז מ'קען שלאפן אן זאקן, וואס טוט מען אבער אז די פיס דעקט זיך אויף אינמיטן שלאף? און אויך דארף די האלז פון די נאכט קלייד זיין אינגאנצן פארמאכט?


א גרויסן יישר כח פאר אלע פאר אלע שיעורים און דרשות, איך שעפ דערפון אסאך חיזוק און עצות.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו האבן א געפיל צו צניעות און אז די קינדער זאלן האבן אין דעם א געפיל, זיי זאלן וויסן אז די שענסטע זאך ביי אונז אידן איז צניעות און די גרויסע שכר וואס דער אייבערשטער באצאלט פאר די וואס פירן זיך איידל; אזוי ווי חכמינו זכרונו לברכה זאגן (במדבר רבה ח, ט): אויפן פסוק (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ", ווען מען פירט זיך בצניעות איז מען זוכה צו ערליכע קינדער: "בַּעֲלֵי מִקְרָא, בַּעֲלֵי מִשְׁנָה, בַּעֲלֵי מַעֲשִׂים טוֹבִים".


ווען מען שלאפט האט מען נישט אן זאקן נאר מען דעקט זיך צו מיט א דעק - דאס איז צניעות; מען דארף געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין נד.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", די תורה איז נישט געגעבן געווארן פאר מלאכים; מען שלאפט צוגעדעקט און אז די פוס דעקט זיך אויף – זאגן שוין חכמינו זכרונם לברכה (נדרים כז:): "אוֹנֶס רַחֲמָנָא פָּטְרֵיהּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#562 - פארוואס עסט מען אומשולדיגע בעלי חיים?
אמונה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פארשטיין פארוואס דער אייבערשטער האט געמוזט באשאפן די וועלט אויף אזא וועג אז מ'זאל מוזן הרג'ענען אומשולדיגע בעלי חיים זיך צו שפייזן אויף זיי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אויף אן אופן אז מען זאל עסן פיש און פלייש אז מען זאל שחט'ן בהמות - איז דאס נישט קיין צער בעלי חיים, די הייליגע תורה ווייסט אויך וואס צער בעלי חיים איז.


אנטלויף פון די אלע נארישע שיטות פון די וועדזשעטעריענס וואס דאס וועט דיר נאר משוגע מאכן און פארדרייען דיין לעבן, און דו וועסט גארנישט האבן פון דעם. ענדערש זאלסטו זיך אריין לייגן אין אמונה; זאלסט חזר'ן טאג און נאכט אז עס גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, און אלעס וואס מיר זעען איז נאר א פארשטעלאכץ מיט וואס דער אייבערשטער האט זיך אנגעטון; דער אייבערשטער איז אין יעדע זאך - אין דומם, צומח, חיה, מדבר - אלעס איז נאר א פארשטעלאכץ פונעם אייבערשטן, דורכדעם וועסטו האבן א גוטע לעבן. וואויל איז דעם וואס גייט בדרך התורה, דער לעבט א גוט לעבן בזה ובבא.


איך האף אז דו וועסט אנעעמען מיינע ווערטער - וועט דיר גוט זיין.

#561 - פארוואס זאגט מען נישט קיין תחנון אום פרייטאג?
שבת קודש, חסידות ברסלב, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


כ'האב פארשטאנען אז דער מנהג אין היכל הקודש איז נישט צו זאגן תחנון פרייטאג ביי שחרית, איינער פון מיינע חברים האט מיר געזאגט אז ס'האט נישט קיין מקור אין הלכה, און ס'איז גאר קעגן די הלכה. וויל איך וויסן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר אנצייכענען דעם מקור צו דעם מנהג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א מנהג ביי חסידים און ביי אנשי מעשה נישט צו זאגן קיין תחנון פרייטאג ערב שבת.


דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו פלעגט נישט זאגן קיין תחנון ערב שבת אזוי האט זיך אויך געפירט דער הייליגער צדיק רבי צבי הירש מזידיטשוב זכותו יגן עלינו און נאך צדיקים (דאס ווערט געברענגט אין ספר ליקוטי מהרי"ח, סדר התנהגות ערב שבת), ווייל ערב שבת הייבט מען שוין אן צו שפירן דאס ליכטיגקייט פון שבת און אויך דארף מען איינקויפן אלעס פאר שבת.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך אויך געפירט נישט צו זאגן קיין תחנון ערב שבת.


ערב שבת דארף מען זיך צוגרייטן צו מקבל זיין דעם גרויסן גאסט - דעם הייליגן שבת - מיט גרויס שמחה און מיט הייליגקייט. ביי צדיקים האט מען געשפירט א הייליגקייט יעדן ערב שבת; מען דערציילט נאך אז ביים הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו איז געווען אזא הייליגקייט יעדן ערב שבת אז אפילו די משרתות (די פרויען וואס פלעגן העלפן רוימען און קאכן) פלעגן זיך איבער בעטן יעדן ערב שבת, זיי האבן אנגעהויבן שפירן אזא זיסקייט פונעם שבת אז אלע מחלוקת'ער זענען בטל געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צו מקבל זיין דעם שבת מיט שמחה.

#560 - איך האב א ביטער לעבן, ווי אזוי קריך איך ארויס פון שמוץ?
קדושה, נסיונות, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס טו איך? איך פאל און איך זינק אין שמוץ, און איך זע נישט קיין וועג ווי אזוי ארויסצוקריכן דערפון. איך האלט שוין נאכ'ן הערן הונדערטער דרשות, איך האלט שוין נאכ'ן לערנען משניות, און איך בין נאכאלץ נישט געהאלפן געווארן.


ס'איז מיר אזוי שווער צו גיין דאווענען, און זיכער נישט מיט מנין. ס'איז מיר אזוי שווער צו רעדן און בעטן דעם אייבערשטן. איך קען אפילו נישט בעטן דעם אייבערשטן איך זאל אויפגעבן מיין סמארטפאון, אז איך זאל אויפגעבן מיין שמוץ, ווייל איך ווייס דעם אמת אז איך וויל עס עכט נישט אויפגעבן, איך וויל ליידער יא ליגן און דעם.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט פארשטיין פון צווישן די שורות וואס גייט אריבער אויף מיר, און מיר געבן אן עצה וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, ווארף אוועק דיין סמארטפאון ווייל דאס וועט דיר נאר חרוב מאכן דיין לעבן; אז מען היט זיך נישט די אויגן און מען קוקט שמוציגע, עקלדיגע און אויסגעלאסענע קליפס וכו' ברענגט דאס אז מען זאל פארלירן די אמונה און דאס יראת שמים - רחמנא לצלן.


וואס זאלן מיר טון אז דער ס"מ האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען גרינגערהייט אראפ ווארפן אידישע קינדער - בחורים און מיידלעך, אין עבירות; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער זיך היינט געטראפן סאך א גרינגערע וועג. ער רעדט צו דעם בחור ער זאל זיך קויפן א סמארטפאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, אזוי דארף ער שוין נישט גיין אין ערגעץ. ער זיצט ביי זיך באהאלטן און קוקט אפ אלע שמוץ וואס איז דא אויף דער וועלט רחמנא לצלן. אין אנהייב זעט דאס אויס זייער גוט, עס גלאנצט און עס שמייכלט צום בחור, אבער ווען מען בייסט אריין אין דעם, מען קוקט אפ אלע עבירות, ווערט מען זייער צעקלאפט און צעבראכן, מען וועט פרובירן צו טון אלעס אויף דער וועלט צו ווערן פרייליך, אבער גארנישט קען צוריק פרייליך מאכן וכו' ווען מען האט שוין פוגם געווען בפגם הברית רחמנא לצלן.


בנוגע דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט נישט קיין געפיל צו דאווענען און לערנען; אודאי האסטו נישט קיין געפיל, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", קען נישט דאווענען, ער שפירט א ביטערע טעם אינעם דאווענען; דאס דאווענען האט ביי אים א טעם פון "מַיִּין מְרִירִין" - ביטערע וואסער. ער וויל נישט קומען אין שול דאווענען, און ווען ער קומט שוין יא אין שול האט ער נישט קיין געדולד אפילו נאר צו עפענען דעם סידור, און ווען ער עפנט שוין דעם סידור קומט אים אן אזוי שווער דאס דאווענען; דאס קומט פון די עבירה פון פגם הברית. די עבירות מאכן אים דיפרעסט און צעבראכן, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", די עבירה ברענגט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך און ער האט נישט קיין געדולד צו דאווענען.


אז דו וועסט אוועק ווארפן דיין סמארטפאון און אויפהערן צו טון עבירות וועסטו שוין איינמאל האבן א געפיל צו דאווענען, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְאֵין יָכוֹל לִטְעֹם מְתִיקוּת בַּתְּפִילָּה, אֶלָּא כְּשֶׁתִּקֵּן פְּגַם הַבְּרִית", א מענטש קען נישט שפירן א טעם אין דאווענען נאר אז ער פאררעכט זיינע פגמי הברית, ער טוט תשובה און ער היט זיך אפ פון שלעכטס; דעריבער אויב מען איז אפגעהיטן אין קדושה, מען היט זיך די אויגן און די מחשבה דאן איז דאס דאווענען א זיסע זאך, עס שפירט זיך ווי "מַיִם מְתוּקִים" - זיסע וואסער, מען וויל נאך און נאך דערפון.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל זאלסט זוכה זיין צו תשובה שלימה.