שאלה אין קורצן ענין
#407 - קען איך אפשר האבן א תפלה אויפצושטיין צייטליך?
שמחה, עצות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די ווארעמע און שיינע דרשות. איך האב געוואלט בעטן אויף דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר שרייבן א תפלה צו זאגן יעדע נאכט צו קענען אויפשטיין צייטליך אינדערפרי יעדן טאג.


א גרויסן יישר כח, שלומי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלומי נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דא האסטו א תפילה אויף צו קענען אויפשטיין אינדערפרי:


"רבונו של עולם איך דאנק דיר און איך לויב דיר פאר מיין לעבן; איך דאנק דיר אז איך בין געזונט, אז איך בין א איד און נישט קיין גוי, איך דאנק דיר באשעפער אז איך קען זען, איך קען שטיין און איך קען זיך באוועגן.


העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין פרייליך און איך זאל נישט זיין דעפרעסט, עס איז מיר ממש אוממעגליך אויפצושטיין אינדערפרי, איך האב נישט קיין חשק ארויס צו קומען פון בעט ווייל איך בין זייער צעבראכן; דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ אין עבירות, ער רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר און ער ברענגט אריין אין מיר מחשבות זרות כאילו איך בין שוין פארפאלן, אז איך קען שוין נישט תשובה טון און אז מיין תורה און מצוות גייען צו די סטרא אחרא. דאס מאכט מיר זייער צעבראכן און איז גורם אז איך בלייבן אין בעט שלאפן.


העלף מיר איך זאל וויסן אז דאס אלעס קומט פונעם יצר הרע, ווייל באמת האסטו מיר זייער ליב און דו ווארסט אויף מיין תורה ותפילה; העלף מיר אייבערשטער איך זאל שטענדיג געדענקען אז אפילו איך האב געזינדיגט קען איך תשובה טון, אזוי וועל איך אויפשטיין פרי, איך וועל לויפן אין מקוה און נאכדעם וועל איך גיין לערנען און דאווענען".


וויסן זאלסטו אז אלע פראבלעמען קומען פון עצבות און מרה שחורה, אויך דער פראבלעם פון נישט אויפשטיין קומט פון דעפרעסיע; דעריבער דארף מען זיך נייטן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך. זע צו הערן מוזיק יעדן טאג, טאנץ יעדן טאג און זיי זיך מחזק זיין אויף אלעס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט דיר אזוי וועסטו קענען אויפשטיין אינדערפרי.


דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה האט געהייסן פאר איינעם פון אנשי שלומינו ער זאל טאנצן יעדן טאג, ר' נתן האט געזאגט: "ווער עס איז פרייליך וועט נישט זען דעם פנים פון גיהנום".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#406 - שלעכטע זאכן פון אלס בחור, לויפן מיר נאך אלס אינגערמאן
אומאן, קדושה, רפואה, תפלות אויף אידיש, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק, עצות און הדרכה וואס איך באקום פון אייך ווי אזוי אנצוגיין מיט מיין טאג טעגליכן לעבן.


איך האב חתונה געהאט מיט עטליכע יאר צוריק, איך האב שוין ב"ה דריי זיסע קינדערלעך, די שלום בית איז אויך ב"ה פיין. מיין פראבלעם איז אבער אז ווען איך בין אלט געווען זעכצן יאר האט זיך אין מיר אנגעטשעפעט אן עלטערער בחור און געטון מיט מיר כל דבר אסור, און זייט דעמאלט קען איך נישט אויפהערן טראכטן פון שמוציגע און שלעכטע זאכן רחמנא ליצלן.


איך האב געמיינט אז נאך די חתונה וועט זיך עס אויפהערן, למעשה איז אבער נישט געווען אזוי. דאס מאכט מיין לעבן זייער דעפרעסט, און איך קען נישט אזוי אנגיין. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן עצה און הדרכה ווי אזוי פטור צו ווערן פון די שלעכטע זאכן, און האבן א רואיגע שיינע לעבן מיט מיין ווייב און קינדער.


א גרויסן יישר כח, יצחק

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יצחק נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, דאס איז די איינציגסטע רפואה ווי אזוי מען קען זיך אויסהיילן פון אלע עבירות.


דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג): עס איז געווען א שלעכטע קעניג וואס האט פארכאפט א בת מלכה און זי איז אנטלאפן פונעם קעניג, האט דער קעניג ארויסגעשיקט זיינע באדינער מען זאל זוכן וואו זי איז, ביז מען האט איר געטראפן זיך דרייען ביי א שלאס פון וואסער. איז דער קעניג געגאנגען צום וואסעריגן פעסטונג מיט זיין מיליטער איר כאפן, ווען די בת מלכה האט געזען דעם מלך האכזר האט זי געטראכט: 'ענדערש וועל איך אריין לויפן אינעם שלאס פון וואסער און דערטראנקען ווערן ווי איידער אנצוקומען צום מלך האכזר', ווען דער קעניג האט געזען ווי זי לויפט אריין אין די וואסערדיגע פאלאץ האט דער קעניג געהייסן מען זאל איר שיסן מיט אלע סארט פיילן וואס איז געווען באשמירט מיט אלע סארט סמ'ען, מען האט איר געשאסן מיט די פיילן וואס זענען געווען אנגעשמירט מיט טויטליכע סם, איז די בת מלכה אראפ געפאלן חלשות, האט דער רבי אויסגעפירט: "אוּן אִיך הֵייל זִי".


דער מלך האכזר - דאס איז דער יצר הרע וואס זוכט צו פארכאפן אידישע קינדער וואס זענען דעם אייבערשטענס קינדער; ער איז מכשיל א מענטש מיט עבירות רחמנא לצלן ביז דער מענטש פאלט חלשות, מען ווערט צעבראכן ביי זיך און מען געבט אויף. קומט דער הייליגער רבי און זאגט: "אוּן אִיך הֵייל זִי", דער רבי האט אזעלכע לימודים וואס קען אויסהיילן יעדן איינעם און צוריק ברענגען יעדן איינעם צום אייבערשטן, אפילו דער יצר הרע האט אים אראפ געווארפן אין די ארגסטע בלאטע, ער איז נכשל געווארן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה וכו' רחמנא לצלן, אויב פאלגט מען דעם רבי'ן און מען נעמט זיינע עצות איז מען זוכה ארויס צו קריכן פון אלע פראבלעמען.


דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה פון התבודדות; אז א מענטש זאל זיך אויסשמועסן זיין הארץ מיטן אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך און אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים. דעריבער אז דו ביסט אריבער א שווערע יוגנט, דו ביסט אראפ געפאלן אין ביטערע עבירות וואס מען געבט אויף אזא עבירה סקילה רחמנא לצלן, האסט פוגם געווען בברית מיט די הרבע עבירה פון משכב זכר רחמנא לצלן און דאס לויפט דיר נאך ביז יעצט, איז נישט דא פאר דיר קיין אנדערע עצה, נאר אז דו זאלסט אננעמען דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות.


פאלג דעם רבי'ן און זיי זיך מתבודד יעדן טאג מיטן אייבערשטן, זיי זיך מתודה פאר אים און פארצייל אים אלעס וואס דו האסט געטון וכו'; בעט אים: "הייליגער באשעפער איך דאנק דיר און איך לויב דיר אז איך האב חתונה געהאט און איך האב זוכה געווען צו א וואוילע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, אבער איך בין אזוי צעבראכן פון מיינע שלעכטע מחשבות וואס לויפן מיר נאך פון מיינע אלטע שלעכטע מעשים. איך האב אזוי פיל געזינדיגט; איך בין אזוי אראפ געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן און עס איז שוין געווארן א רגילות ביי מיר צו זינדיגן, אז איך קען פשוט נישט אפלאזן די שלעכטס, עס לויפט מיר נאך, איך קען נישט פטור ווערן פון דעם.


הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט פון דעם. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח זיך צו קענען מתגבר זיין אויף מיינע שלעכטע מחשבות. "לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים" - באשאף מיר א נייע ריינע, "ורוח נכון חדש בקרבי", געב מיר א הייליגע ווילן, א הייליגע גייסט אז איך זאל נישט וועלן טון שלעכטע זאכן, איך זאל זיין צופרידן מיט מיין ווייב און איך זאל נישט טראכטן פון שלעכטע זאכן".


זאלסט זאגן די תפילה יעדן טאג און אפילו אפאר מאל א טאג – און לייג צו דיינע אייגענע תפילות. יעדעס מאל דיין מח לויפט צוריק צו דיינע אלטע מעשים זאלסטו עפענען דיין מויל און שרייען צום אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין ארויס צו קריכן פון דעם.


מען דארף שרייען "געוואלד!" אויף וואס עס גייט פאר אויף דער וועלט; עס דרייען זיך ארום קראנקע מענטשן וואס כאפן יונגע בחורים און ריינע קינדער און טוען מיט זיי עבירות רחמנא לצלן, וואס דאס הרג'עט זיי פארן גאנצן לעבן; עס ליגט א חוב אויף אלע וואס טוען מיט קינדער און בחורים צו רעדן אפען צו זייערע תלמידים זיי זאלן וויסן ווי אזוי זיך צו היטן פון שלעכטע מענטשן. מען דארף אויס לערנען קינדער: "אויב איינער וויל דיר אנרירן וכו' זאלסטו שרייען וכו', אדער דערציילן פאר די עלטערן". און אז מען כאפט א מניוול דארף מען אים מסרס זיין און איינשפארן אין תפיסה פאר זיין גאנץ לעבן ער זאל נישט אוועק הרג'נען ריינע קינדער און אומשולדיגע בחורים.


נאך אן עצה האט דער רבי פאר אונז אז מיר זאלן קענען ארויס גיין פון די שלעכטע מעשים, דאס איז "זאגן משניות"; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּך, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָך, יִהְיֶה אֵיך שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד". אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדען טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


זאגן משניות איז די עצה פאר אלע וואס זענען נעבעך אריין געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; נאר דאס קען העלפן דעם מענטש. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא דויסע, פרשה א) דער אייבערשטער זאגט פאר די אידן, אָמַר לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא לְמשֶׁה: אֱמוֹר לָהֶם לְיִשְׂרָאֵל, "דִּבְרֵי תּוֹרָה שֶׁנָּתַתִּי לָכֶם רְפוּאָה הֵם לָכֶם, חַיִּים הֵם לָכֶם", שֶּׁנֶּאֱמַר: כִּי חַיִּים הֵם לְמוֹצָאֵיהֶם, וְאוֹמֵר: רִפְאוּת תְּהִי לְשָׁרֶךָ וְשִׁקּוּי לְעַצְמוֹתֶיךָ, אז מען לערנט תורה ווערט מען אויסגעהיילט פון אלע מחלות וחלאים רעים.


מאך זיך א שיעור צו זאגן יעדן טאג פרקים משניות און דו זאלסט ארויס זאגן די ווערטער מיט דיין מויל; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות למוד, חלק ב, סימן יא): "הַמּוֹצִיא דִּבְרֵי תוֹרָה בְּפִיו, נִצּוֹל מִדִּין סְקִילָה", ווען מען לערנט תורה און מען זאגט ארויס די ווערטער מיט די מויל ווערט מען ניצול פון סקילה; דאס וועט זיין א תיקון אויף די עבירה וואס דו האסט עובר געווען. קוק נישט אויף דעם אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דו זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין - וועט דער אייבערשטער דיר העלפן אז דו וועסט ארויס גיין פון דיינע שלעכטע רגילות'ער.


כאפ זיך אריבער קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה): ווער עס וועט קומען צו זיין ציון, געבן א פרוטה לצדקה און זאגן דעם תיקון הכללי - די צען קאפיטלעך תהילים: "אֲפִילוּ אִם עָצְמוּ וְגָבְרוּ חֲטָאָיו וּפְשָׁעָיו, וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית"; פאר צום רבינ'ס ציון וועסטו אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט תשובה טון אויף אלע דיינע שלעכטע מעשים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#405 - מיינע עלטערן לאזן מיר נישט האבן קיין אינטערנעט, וואס טו איך?
חינוך הילדים, קאמפיוטער, בחור, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 17 יאר, מיינע עלטערן פלעגן האבן אין שטוב אפענע אינטערנעט, און דאס האט מיר געברענגט צו זען און קוקן דארט דאס ערגסטע. צוביסלעך זענען זיי קלוגער געווארן און האבן אפגעשפארט די אינטערנעט, אבער זיי האבן מיר געלאזט האבן א טעבלעט וואס האט געהאט א שטיקל פילטער, יעצט האט א געוויסער מחנך זיי אויפגעקלערט אז דאס איז אויך נישט גוט, און זיי האבן מיר אלעס אוועקגענומען.


איך שפיר אז איך קען נישט זיין אינגאנצן אפגעהאקט פון די וועלט, איך בעט זיך ביי זיי אז איך וויל ווייטער האבן א טעבלעט מיט א גוטע פילטער, דא אין ארץ ישראל רופט מען עס "אינטרנט רימון", מ'קען מיט דעם זען נאר אימעילס, היימישע סייטס, און כשר'ע געפילטערע יוטוב, מיינע עלטערן ווילן מיר אבער דאס נישט נאכגעבן.


יעצט, מיינע עלטערן פארלאזן זיך אויף אייך, און דעריבער ווענד איך זיך צו אייך, אפשר שרייבט איר פאר מיר און פאר מיינע עלטערן וואס איז די ריכטיגע וועג צו האנדלען אין דעם מצב.


א גרויסן יישר כח פאר אלע אייערע שיעורים וואס איז ממש מיין לעבן.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ישראל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו בעטסט מיר איך זאל שרייבן פאר דיינע עלטערן א בריוו אז זיי זאלן דיר לאזן האבן אינטערנעט; וואס זאך איך דיר זאגן, ווען דו זאלסט הערן וויפיל פראבלעמען דער אינטערנעט איז גורם וואלסטו נישט געבעטן מען זאל דיר עס לאזן האבן. אינטערנעט איז א גרויסע צרה פאר אונזער דור, דאס האט שוין חרוב געמאכט זייער אסאך אידישע שטובער; הונדערטער שטובער זענען שוין צעטיילט געווארן צוליב דעם.


וואס זאל איך דיר זאגן, דער ס"מ האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפ ווארפן אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך, גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג. ער רעדט צו א בחור צו קויפן א סמארט-פאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, און ער דארף שוין מער נישט ארבעטן אים צוצורעדן צו עבירות, דער בחור דארף שוין נישט גיין אין ערגעץ, ער זיצט ביי זיך באהאלטן און קוקט אלע שמוץ וואס איז פארהאן אויף די וועלט רחמנא לצלן.


נאך אביסל וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך, דו וועסט אם ירצה ה' חתונה האבן און אויפשטעלן א שטוב, אלס א טאטע וועסטו דארפן זיין א דוגמא פאר דיינע קינדער, ווי אזוי וועסטו קענען אריין לייגן אין דיינע קינדער יראת שמים אז דו אליינס זיצט טאג און נאכט אויפן אינטערנעט?! איך בעט דיר זייער ווארף אוועק דיין סמארט-פאון, דאס איז נישט קיין גוטע זאך און עס וועט דיר נישט ברענגען קיין גוטס.


אז מען קוקט שמוציגע זאכן ווערט מען אויסגעריסן אויך פון דער וועלט; דער יצר הרע רוט נישט ווי לאנג ער רייסט אויס דעם מענטש סיי פון דער וועלט און סיי פון יענע וועלט.


ר' אברהם בן ר' נחמן האט געזאגט: "דער ס"מ וויל נישט צונעמען פונעם מענטש בלויז זיין רוחניות, ער וויל אים אויך צונעמען זיין גשמיות - זיין לעבן אויף דער וועלט, ער וויל אים הרג'ענען אינגאנצן"; דאס פאסירט אז מען קוקט שמוץ רחמנא לצלן, מען פארלירט דעם מח, און אז מען האט נישט קיין מח האט מען גארנישט, פרעג איך דיר: "צו וואס דארפסטו דעם צרה?!"


דאס וואס דו שפירסט אז דו ביסט אפגעהאקט פון די וועלט; וויסן זאלסטו אז עס איז נישט אזוי, אמת, יעצט איז דיר שווער צו זיין אן דעם ווייל דו דארפסט זיך צוגעוואוינען צו לעבן אין ווירקלעכקייט, די אלע כלים נעמען דאך אוועק דעם מח פונעם מענטש פון לעבן מיטן מציאות וכו', אבער באמת איז מען בכלל נישט אפגעהאקט פון דער וועלט; דער וואס האט נישט קיין אינטערנעט איז נישט אפגעהאקט פון דער וועלט, טויזנטער ערליכע אידן יראים ושלמים לעבן זייער א שיינע לעבן און ציען אויף ערליכע דורות אן דעם וואס זיי האבן א וועג צום אינטערנעט.


אין דעם זכות וואס דו וועסט זיין אפגעהיטן און מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן וועסטו טרעפן א גוטע שידוך, אן ערליכע מיידל און איר וועט צוזאמען אויפשטעלן א שיינע שטוב און זען נחת פון ענקערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#404 - פארוואס שטייט נישט אויף די מצבה פון מוהרא"ש זי"ע זיין טאטנ'ס נאמען?
מוהרא"ש, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן פארוואס אויף די מציבה פון מוהרא"ש זי"ע שטייט נישט זיין טאטנ'ס נאמען, איך מיין אז ס'איז נישטא נאך אזא זאך אין די וועלט. איך ווארט אויף א קלארע הסבר, יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון דער וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר, וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר א ישועה.


די מציאות איז ממש אזוי, ווען מען קומט קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש כאפט אן פארן מענטש א מורא'דיגע התעוררות תשובה צו טון, בפרט ווען מען ליינט די נוסח המצבה וואס מוהרא"ש האט אליינס געשריבן (איך בין דיר דא מעתיק דעם כתב יד פונעם נוסח המצבה):


[דרוקט דא צו זען כתב יד קדשו פון מוהרא"ש זי"ע]


"פֹּה נִטְמַן", דָא לִיגְט, "הַחָסִיד הָאֲמִתִּי, עוֹבֵד ה' בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת", אַן אֱמֶת'עֶר עֶרְלִיכֶער אִיד וָואס הָאט גֶעדִינְט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן בִּתְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת, "מָסַר נַפְשׁוֹ אֵלָיו יִתְבָּרַךְ בְּכָל יוֹם וָיוֹם מִיּוֹם עָמְדוֹ עַל דַּעְתּוֹ", עֶר הָאט זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן יֶעדְן טָאג פוּן וֶוען עֶר אִיז גְרוֹיס גֶעוָוארְן, "וְסָבַל יִסּוּרִים קָשִׁים וּמָרִים כָּל יְמֵי חַיָּיו", עֶר הָאט גֶעלִיטְן שְׁוֶוערֶע אוּן בִּיטֶערֶע יִסוּרִים זַיין גַאנְץ לֶעבְּן, "רַבִּים הֵשִׁיב מֵעָוֹן וְקֵירְבָם אֵלָיו יִתְבָּרַךְ וכו' וכו'", אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן הָאט עֶר מַחְזִיר בִּתְשׁוּבָה גֶעוֶוען אוּן זֵיי דֶערְנֶענְטֶערְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר הָאט אוֹיפְגֶעשְׁטֶעלְט פִילֶע תַּלְמִידִים עֶרְלִיכֶע אִידְן אוּן יִרְאֵי ה'.


ווען מען ליינט דעם שטיקל מציבה כאפט אן מורא'דיגע התעוררות לתשובה; מען דערמאנט זיך וואס מוהרא"ש איז אריבער אין זיין לעבן, און ווי ער האט זיך זיין גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, נאכדעם ווען מען הייבט אן ליינען די מצבה: "דָא לִיגְט אַן עֶרְלִיכֶער אִיד וכו'", הייבט מען אן בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד, איך וויל דיר אויך דינען בתמימות ופשיטות", ווייטער ליינט מען: "סָבַל יִסּוּרִים קָשִׁים וּמָרִים זַיין גַאנְץ לֶעבְּן"; מוהרא"ש האט נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין זיין לעבן, נאר צרות און יסורים וואס ער האט געהאט אויסצושטיין מבית ומבחוץ, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (סימן יד): "לֹא הָיָה לִי יוֹם אֶחָד טוֹב בְּזֶה הָעוֹלָם - בְּלִי שׁוּם גֻּזְמָא כְּלָל", איך האב נישט געהאט אין מיין גאנצן לעבן קיין איין גוטן טאג - אן קיין גוזמא, "וּמַמָּשׁ בָּכִיתִי בְּכָל יוֹם וָיוֹם מֵרוֹב צַעַר וְעָגְמַת נֶפֶשׁ שֶׁסְבָבוּנִי מִבַּיִת וּמִחוּץ", איך האב יעדן טאג געוויינט צום אייבערשטן צוליב מיינע צרות און יסורים וואס איך האב געהאט פון דרויסנדיגע מענטשן און פון מיין אייגענע שטוב וכו'; מיט דעם אלעם האט מען דאס קיינמאל נישט געקענט אנזעהן אויף מוהרא"ש פון אינדרויסן, אדרבה, ווען מוהרא"ש האט געזען א אינגערמאן אדער א בחור וואס איז נישט פרייליך פלעגט ער אים פרייליך מאכן, אזוי ווי עס שטייט ווייטער אין די נוסח המציבה: "רַבִּים הֵשִׁיב מֵעָוֹן", ער האט עוסק געווען נאר צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דער עיקר וואס מיר דארפן זען איז זיך צו לערנען פון מוהרא"ש און גיין אין זיינע וועגן, זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע; עוסק זיין אין הפצה - פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט די זיסע עצות פון רבי'ן און אריין ברענגען אין די גאנצע וועלט די ריינע אמונה אינעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן לעבן מיטן תכלית, מיר זאלן געדענקען אז איין טאג וועלן מיר אהיים גיין צום אייבערשטן, דעמאלט וועלן מיר גארנישט מיט נעמען מיט זיך נאר דאס ביסל תורה ותפילה וואס מיר זענען זוכה אריין צו כאפן יעדן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 


 

#403 - ווי אזוי קען איך איבערצייגן מיין ווייב זי זאל מיר לאזן פארן קיין אומאן?
אומאן, שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב לאזט מיר נישט פארן קיין אומאן אויף ראש השנה בשום אופן, איך האב איר שוין אלעס מסביר געווען און גארנישט העלפן, אפשר האט איר אן עצה פאר מיר ווי אזוי איך קען איר איבערצייגן זי זאל מיר לאזן פארן?


יישר כח, יושע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יושע נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו ווילסט באמת פארן קיין אומאן אויף ראש השנה ווענדט זיך עס נאר אין דיר, עס האט גארנישט צו טון מיט דיין ווייב; אז דו וועסט זיך אויפפירן א גאנץ יאר אזוי ווי עס דארף צו זיין, דו וועסט זיין אין שטוב א גאנץ יאר און ארויסהעלפן דיין ווייב זיך צו פארען מיט די קינדער, די וועסט רעדן שיין צו איר אזוי ווי אן ערליכער איד רעדט צו זיין ווייב, דאן וועט זי דיר נישט שטערן פון פארן צום רבי'ן, אדרבה זי וועט דיר מחזק זיין דו זאלסט פארן קיין אומאן זיך אויסבעטן א גוט יאר.


די וועלט זאגט: "פארוואס בלאזט דער שופר אזוי גוט ראש השנה? ווייל עס ליגט א גאנץ יאר אין ארון הקודש" - דאס זעלבע זאגט מוהרא"ש: - "אז מען וויל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה ווענדט זיך עס ווי אזוי מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר; אז דיין ווייב וועט זען אויף דיר א גאנץ יאר אז דו פירסט זיך אויף ווי א ברסלב'ער חסיד, דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן יעדן טאג און דו לעבסט מיטן אייבערשטן, דאן וועט זי דיר נישט מעכב זיין פון פארן קיין אומאן".


א ווייב קען מען נישט אפנארן, די ווייב איז די איינציגסטער מענטש וואס קען גאר גוט איר מאן; עס קומט נישט אריין דא: 'מסביר זיין וואס אומאן איז וכו'', דיינע מעשים פון א גאנץ יאר איז מער ווי טויזנט דרשות און הסברים וואס אומאן איז.


ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות שלום בית (עיין שיחות הר"ן, סימן רסג-רסד); מען האט נישט געקענט קומען צום רבי'ן אויב מען איז זיך נישט אויסגעקומען מיט די ווייב. ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר קדושת הברית - מען זאל האבן א ריינעם מח; אויב האט מען שלום בית, מען לעבט מיט ליבשאפט וכו' דעמאלט האט דער מענטש ריינע מחשבות און ער קען דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי עס דארף צו זיין, אבער אז מען קריגט זיך מיט די ווייב, איז מען נישט אפגעהיטן, דאן קען מען נישט זיין קיין ערליכער איד.


תלמידי היכל הקודש וואס פאלגן דעם רבי'ן, ביי זיי קומט די ווייב פאר חברים, די ווייב פארמאגט א חשיבות אין זייערע אויגן, דערפאר האבן זיי נישט קיין אפהאלט פון זייערע ווייבער צו פארן קיין אומאן, אדרבה זיי האבן חיזוק פון שטוב צו פארן צום רבי'ן; אפילו די גאנצע משפחה נעמט זיך אויף זיי, מען מאכט חוזק און מען רודפ'ט וכו', וועט די ווייב שטיין מיט איר מאן און אים מחזק זיין.


אויב מען פאלגט נישט דעם רבי'ן א גאנץ יאר וועט די ווייב נישט לאזן פארן קיין אומאן, ווייל כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, אבער נישט ווייל אומאן באדערט איר. עס באדערט איר דעם מאן'ס התנהגות פון א גאנץ יאר, ממילא יעצט ווען עס קומט צו די נושא פון פארן קיין אומאן שפירט זי אז מען וועט איר פארשטיין, 'היתכן, מען פארט אוועק פון שטוב יום טוב וכו'?' דא שפירט זי אז יעדער וועט איר פארשטיין, אירע חבר'טעס, משפחה וכו', ווייל ליידער בעוונותינו הרבים איז דער הייליגער רבי זייער פארשעמט.


מען זעט אן אינטערסאנטע זאך, יעדער איינער פארט צו זיין רבי אויף ראש השנה, ביי אלע חסידות'ן פארט מען אוועק אויף ראש השנה און קיינער זאגט נישט גארנישט, אבער ווען עס קומט צו פארן קיין אומאן דריידט זיך איבער די וועלט, הימל און ערד, "היתכן מען לאזט איבער די ווייב און מען פארט אויף אומאן!"


אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן א גאנץ יאר זאג איך דיר צו אז נישט נאר זי וועט דיר נישט מעכב זיין פון פארן, נאר זי וועט דיר גאר מחזק זיין דו זאלסט פארן צום רבי'ן, זי וועט דיר קויפן א טיקעט און דיר מחזק זיין דו זאלסט פאלגן דעם רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#402 - מיין נאנטער חבר טשעפעט מיר, זאל איך אים אפלאזן?
חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א ריזיגן יישר כח פאר אלע דרשות און חיזוק. איך האב געוואלט פרעגן אזוי, איך האב א נאנטער חבר מיט וועמען ס'איז מיר זייער געשמאק צו רעדן און פארברענגען, כאטש דער ראש ישיבה שליט"א זאגט טאקע אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי אן אמת'ער חבר, אויסער די ווייב און קינדער, פונדעסטוועגן מיין איך אז מיר האבן יא א שטארקע קשר. מיין שאלה איז נאר אז צומאל קען ער מיר ממש באליידיגן און ער טשעפעט מיר זייער שטארק, ער קען זיך נישט האלטן דאס מאל, זאל איך ווייטער בלייבן זיין חבר, און טון דאס וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אויס ביי שלום בית צו שלינגען און נישט ענטפערן, אבער זאל איך ענדיגן די חברותא'שאפט מיט אים?


א גרויסן יישר כח, מענדל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מענדל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א מענטש דארף האבן א חבר, ווייל אליינס איז זייער שווער זיך צו דערהאלטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית כג.): "אוֹ חַבְרוּתָא אוֹ מִיתוּתָא", אויב מען האט נישט א גוטע חבר איז מען ווי א טויטער מענטש; נאך זאגן אונז די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (אבות ב, ט): "אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיִּדְבַּק בָּהּ הָאָדָם?" וואס איז די ריכטיגע וועג ווי אזוי א מענטש זאל זיך פירן, "רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ אוֹמֵר, חָבֵר טוֹב", רבי יהושע זאגט ער זאל זיך נעמען א גוטער חבר, ווייל אז מען האט א גוטע חבר קען מען זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לד) דורך א חבר קען א מענטש איבער חזר'ן אלע תורות פונעם צדיק, אזוי אויך קען מען זיך לערנען פון א חבר מער וויפיל מען לערנט פונעם רבי'ן, אזוי ווי רבי חנינא האט געזאגט (תענית ז.): "הַרְבֵּה לָמַדְתִּי מֵרַבּוֹתַי, וּמֵחֲבֵרַי יוֹתֵר מֵרַבּוֹתַי", איך האב געלערנט אסאך תורה פון מיינע רבי'ס, אבער פון מיינע חברים האב איך געלערנט נאך מער ווי פון מיינע רבי'ס.


א חבר איז נאר דער וואס איז מחזק צו עבודת השם; מיר געפונען ביי דוד המלך ווי עס ווערט אויסגערעכנט אין תנ"ך אלע יועצים ביי דוד המלך אין פאלאץ, צווישן אנדערע טרעפט מען (דברי הימים-א כז, לג): "וְחוּשַׁי הָאַרְכִּי, רֵעַ הַמֶּלֶךְ", חושי הארכי דער חבר פון דוד המלך, פארוואס באקומט ער דעם טיטל "רֵעֶה הַמֶּלֶךְ"? זאגט רש"י (שם) ווייל ווען דוד המלך איז אריבער די מעשה פון בת שבע, האט דוד המלך געפרעגט חושי הארכי אויב ער זאל תשובה טון, צי דער אייבערשטער וועט אננעמען זיין תשובה, האט אים חושי הארכי מחזק געווען ער זאל תשובה טון, דעריבער ווערט ער אנגערופן "רֵעַ הַמֶּלֶךְ", דוד המלך'ס חבר; ווייל נאר דאס איז א חבר, דער וואס איז מחזק מען זאל תשובה טון.


מוהרא"ש פלעגט מיט אונז שטענדיג חזר'ן אז א מענטש האט נישט קיינעם בזה העולם, ווייל יעדער איינער מיינט נאר זיך אליינס, און ווען א מענטש פאלט אריין אין א צרה וועלן זיי דיר נישט העלפן; ענדערש פארברענג מיט דיין ווייב און קינדער, ווייל דאס וועט איבער בלייבן פון דיר. דו אליינס שרייבסט דעם ענטפער אין דיין שאלה! ליין איבער דיין פראגע וועסטו זען וואס דו האסט צו טון; אז ער טשעפעט און באליידיגט דיר - איז ער דיין חבר? זוך דיר מענטשן וואס טשעפען נישט און האבן נישט קיין לויזע מויל וכו'.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "א אינגערמאן האט נאר איין חבר - זיין ווייב"; סתם פארברענען נעכט מיט אינגעלייט וואס אנטלויפן פון שטוב, אנטלויפן פון זייער לעבן - דאס זענען נישט קיין חברים, זיי זענען אינו מן הישוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ:): "כָּל שֶׁאֵין בְּיָדוֹ מִקְרָא, מִשְׁנָה, וְדֶרֶך אֶרֶץ, אֵינוֹ מִן הַיִּשּׁוּב"; סתם זיצן און שמועסן מיט אינגעלייט וואס עס קומט נישט ארויס פון די שמועסן קיין חיזוק צו לערנען חומש רש"י יעדן טאג, אדער משניות, אדער בענין פרנסה - עפעס תכלית, איז דאס אינו מן הישוב.


א חבר איז איינער וואס ווען איך גיי אריבער א צרה, איך גיי אריבער בזיונות -  שטארקט ער מיר און ער איז מיר מחזק; ווען קיינער וויל נישט קוקן אויף מיר וכו' וכו', דעמאלט קען מען זען וואס הייסט א חבר.


אז מענטש וועט גוט קוקן אויף זיך, וועט ער זען, אז יעדע שטיק צייט מיינט ער אז ער האט אנדערע בעסטע חברים און פלוצלינג טוישט זיך עס, אלע זיינע חברים זענען פלוצלינג פארשוואונדן געווארן...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#401 - וועלכע סארט ניגונים מעג מען זינגען, און וועלכע נישט?
ניגונים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און ניגונים וואס איך הער א גאנצן טאג. איך האב ברוך ה' געענדיגט יעצט די אכטע מאל ששה סדרי משנה.


אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א זינגט אסאך ניגונים מיט די בחורים, און מיר ווייסן דאך אז מ'דארף זייער אכטונג געבן צו זינגען נאר ערליכע ניגונים, נישט ניגונים פון שלעכטע מקורות, האב איך געוואלט פרעגן וואס איז די גדר ביי דעם, וועלכע ניגונים מעג מען הערן און זינגען און וועלכע נישט.


יישר כח, יהושע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהושע נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן ארויסגעגעבן אין ישיבה אסאך ניגונים פון אמונה און תשובה; על פי רוב האבן מיר גענומען אלטע ניגונים וכו' און ארויף געלייגט אויף דעם ווערטער פון אמונה און תשובה. ווער עס הערט די ניגונים שפירט א גרויסע התעוררות און ווערט אויפגעוועקט צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


אז מען זינגט ניגונים וואס די ווערטער זענען הייליג, די ווערטער זענען פון אמונה און יראת שמים דאן איז דער ניגון א הייליגע ניגון, און אזוי אויך פארקערט; אז מען נעמט א הייליגע ניגון און מען לייגט ארויף דערויף נישט שיינע ווערטער טאר מען נישט הערן דעם ניגון.


די וועלט זאגט אז חזנים זענען נאראנים (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג); זאגט מוהרא"ש ווייל די עולם הנגינה איז נעבן דעם עולם התשובה, און אז דו שטייסט שוין ביים טיר פון תשובה און דו גייסט נישט אריין - איז נישט דא קיין גרעסערע נארישקייט פון דעם; דעריבער איז א חזן א נאר, ווייל אז דו האסט א כח הנגינה פארוואס זאלסטו נישט נוצן דיין קול, דיין שטימע און דיינע ניגונים צו זינגען ניגונים פון אמונה און פון תשובה.


מיט א ניגון קען מען זיך זייער מחי' זיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רעג): "טוֹב לְהָאָדָם לְהַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ, שֶׁיּוּכַל לְהַחֲיוֹת אֶת עַצְמוֹ עִם אֵיזֶה נִגּוּן, כִּי נִגּוּן הוּא דָּבָר גָּדוֹל וְגָבוֹהַּ מְאֹד מְאֹד, וְיֵשׁ לוֹ כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר וּלְהַמְשִׁיך אֶת לֵב הָאָדָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך", מיט א ניגון קען מען זיך עפענען דאס הארץ צום אייבערשטן, דערפאר איז גוט צו זינגען ניגונים וואס זענען מעורר דעם מענטש צום אייבערשטן.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו הערן א רשע זינגען, ווייל ווען מען הערט א רשע זינגען שטערט דאס פאר עבודת השם, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע, קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא", ווער עס הערט ניגונים פון א נישט ערליכער זינגער וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", אבער אויב מען הערט ניגונים פון אן ערליכער איד וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם; ר' נתן לייגט צו (לקוטי הלכות אפטרופוס, הלכה ג) אז נישט נאר א ניגון פון א רשע שאדט פאר עבודת השם, נאר אפילו סתם הערן דעם קול פון א רשע איז א גרויסע סכנה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן מג): "הַדִּבּוּרִים שֶׁל רָשָׁע שֶׁהוּא בַּר דַּעַת מוֹלִידִים נִאוּף בְּהַשּׁוֹמֵעַ", עיין שם.


דערפאר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל נישט נכשל ווערן מיט הערן ניגונים פון א רשע, וואס דאס קען אוועק נעמען דעם מענטש פונעם אייבערשטן, נאר מען זאל בלויז הערן ניגונים פון ערליכע אידן וואס זינגען נאר פון אמונה; זייערע ניגונים זענען נאר געמאכט אריין צו ברענגען הרהורי תשובה אין מענטשן, זיי ברענגען נענטער צום אייבערשטן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "וְהַתִּקּוּן הוּא שֶׁיּוּכַל לִשְׁמֹעַ נְגִינָה מִכָּל אָדָם, הוּא עַל יְדֵי שֶׁיִּלְמַד בַּלַּיְלָה תּוֹרָה שֶׁבְּעַל פֶּה, הַיְנוּ גְּמָרָא", אז מען לערנט גמרא העלפט דאס אז עס זאל נישט שאטן פארן מענטש די ניגונים; מוהרא"ש זאגט אז 'בַּלַּיְלָה' מיינט מען צו זאגן ווען עס איז פינסטער פארן מענטש, עס גייט איבער שווערע ביטערע נסיונות, דעמאלט זאל מען אנטלויפן צו די הייליגע תורה, וועט די תורה ראטעווען דעם מענטש עס זאל אים נישט שאטן די אלע ניגונים. דערפאר זאלסטו לערנען גמרא יעדן טאג פון דיין לעבן, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאג די ווערטער פון די גמרא, וועסטו ניצול ווערן פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו אויסהיילן די בת מלך וואס איר רפואה איז דוקא דורך ניגונים (ספורי מעשיות, מעשה יג).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#400 - מעג מען לערנען דף היומי?
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פלעג אסאך הערן אייערע שמועסן און שיעורים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געלערנט אסאך גוטע זאכן, ביז ווען איך האב געהערט איין זאך וואס האט מיר זייער געשטערט, ווען איר האט געזאגט ביי א שיעור פאר סאטמארע אינגעלייט אז היינט מעג מען שוין לערנען "דף היומי".


איך מיין אז אפילו אויב איר האלט אז מ'מעג עס לערנען, טאר מען דאס אבער נישט זאגן פאר סאטמארע אינגעלייט וואס זיי האט מען אנדערש געלערנט, נאכדערצו צו זאגן אז דער סאטמארער רבי זי"ע וואלט היינט אויך שוין געלאזט דאס לערנען, וואס דאס איז שוין א חוצפה צו זאגן.


עס איז קלאר אז אויך דא אין אמעריקע האט דער סאטמארער רבי זי"ע אויך נישט געלאזט לערנען דף היומי. רבי מאיר שפירא זי"ע האט געהאט א ברודער וואס האט געוואוינט אין אמעריקע, און ער איז געקומען צום סאטמארער רבי זי"ע אז מ'זאל לערנען דף היומי, האט אים דער רבי געענטפערט, "וואס זאל איך טון, דף היומי איז אגודה, און אגודה איז ציונות, און ציונות איז אפיקורסות".


איר טוט געוויס אויף גאר אסאך גוטע זאכן, און איך וואונטש אייך הצלחה אין אלע ענינים, אבער איך בין פארווייטאגט איבער די נושא, און איך האף אז איר וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח, הערשל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הערשל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וואס דו פרעגסט היתכן איך רעד צו אינגעלייט מען זאל לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, ווען אסאך צדיקים זענען ארויס אנטקעגן 'לימוד דף היומי'.


וויסן זאלסטו אז הגאון רבי מאיר שפירא זכרונו לברכה האט אריינגעברענגט דעם לימוד ביי כלל ישראל, נאכדעם וואס ער האט דאס באקומען א מתנה פון רבי'ן.


די ברסלב'ע חסידים האט מען שטענדיג גע'רודפ'ט און מבזה געווען, און ווען די גרעניצן פון פוילן זענען געווען פארמאכט איז נישט געווען קיין שום וועג צו קענען פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, האט ער מסכים געווען אוועק צו געבן דעם בנין פון זיין ישיבה 'ישיבת חכמי לבלין' פאר אנשי שלומינו, אז מען זאל האבן א פלאץ וואו צו דאווענען צוזאמען במשך ראש השנה, בנוסף צו דעם האט ער אליינס אויך מיט געדאווענט מיט אנשי שלומינו. האבן אנשי שלומינו פונעם פריערדיגן דור - רבי יצחק ברייטער זכרונו לברכה ה' ינקום דמו, און רבי אהרן לייב ציגלמאן זכרונו לברכה ה' ינקום דמו געזאגט, אז דער רבי האט אים געגעבן דערפאר א מתנה, ער האט זוכה געווען אריין צו ברענגען דעם לימוד ביי כלל ישראל, ווייל פאר אנשי שלומינו איז געווען זייער א גרויסע זאך אז אזא גרויסער רב ווי רבי מאיר שפירא ז"ל זאל אוועק געבן זיין ישיבה פאר ברסלב'ע חסידים און אויך מיט דאווענען מיט זיי.


פרעג נישט וואס ער האט זיך איינגעקויפט מיט דעם; מען האט אים געטשעפעט און פארגעהאלטן 'היתכן ער נעמט אריין די ברסלב'ע וכו'', דערפאר האט אים דער רבי באצאלט.


נאכדעם איז געקומען די 'אגודת ישראל פארטיי', זיי האבן געזוכט ווי אזוי זיי קענען כאפן די וועלט מיט אלע גדולים וכו', האבן זיי פראקלאמירט דעם לימוד ביי זייער כנסיה הגדולה; דעריבער זענען די צדיקים פון יענעם דור געווען זייער אנטקעגן דעם לימוד און געזאגט אז מען זאל נישט לערנען מיט זייער וועג, נישט צוליב דעם וואס דער עצם לימוד איז א פראבלעם נאר כדי מען זאל זיי נישט געבן קיין חיזוק וכו', אבער היינט צו טאגס שטעלט זיך ארויס אז דאס האט גארנישט צו טון מיט 'אגודת ישראל'.


היינט צו טאגס ווען א בחור אדער א אינגערמאן לערנט יעדן טאג דעם דף גמרא, האט דאס נישט קיין שום שייכות מיט קיין שום פארטיי; דער גאנצער פארטיי איז שוין צעשפליטערט און צעטיילט אויף עקסטערע פארטייען, יעדער פון זיי זוכט נאר כבוד און געלט וכו', יעדער איינער זעט שוין איין היינט צוטאגס אז זייער גאנצע כוונה איז נאר געלט און כבוד וכו'.


ווען איינער לערנט היינט דעם לימוד האט דאס גארנישט מיט זיי; פארקערט, יעדע דף גמרא וואס א מענטש איז זוכה צו לערנען ברענגט ער אריין אין זיך דעם אייבערשטן. מיט יעדע דף גמרא וואס מיר לערנען איז מען מקרב די גאולה און מיר וועלן זוכה זיין אז עס וועט מקוים ווערן דעם פסוק (זכריה יג, ב): "וְהָיָה בַיּוֹם הַהוּא נְאֻם ה' צְבָאוֹת, אַכְרִית אֶת שְׁמוֹת הָעֲצַבִּים מִן הָאָרֶץ, וְלֹא יִזָּכְרוּ עוֹד; וְגַם אֶת הַנְּבִיאִים וְאֶת רוּחַ הַטֻּמְאָה אַעֲבִיר מִן הָאָרֶץ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#399 - תיקון הכללי איז אויך פאר פרויען?
חיזוק פאר פרויען, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו. איך האב געוואלט פרעגן אויב דאס זאגן "תיקון הכללי" איז נאר פאר מענער, אדער איז עס אויך פאר פרויען צו זאגן?


יישר כח, חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן דעם "תיקון הכללי"; דאס איז א תיקון פאר יעדן איינעם - סיי פאר מענער סיי פאר פרויען - אויף אלע עבירות בכלליות. יעדע עבירה האט זיין ספעציעלע תיקון ווי אזוי מען איז דאס מתקן, אבער דער תיקון הכללי איז כלול פון אלע תיקונים.


א מענטש וואס וויל פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען זאל זאגן דעם "תיקון הכללי", די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ).


דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רה) אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן, ווייל אז מען זאגט די צען קאפיטלעך פאררעכט מען אלסדינג.


דער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז אסאך צדיקים האבן געוואלט משיג זיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון דער וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון.


נאך האט דער רבי געזאגט (שם): "איר וועט זען אן אינטערסאנטע זאך; צען קאפיטל תהילים צו זאגן איז בכלל נישט קיין שווערע זאך, דאך, וויבאלד איך האב דאס געהייסן זאגן וועט דאס אנקומען זייער שווער צו זאגן"; ובעוונותינו הרבים איז עס מקיום געווארן אז רוב וועלט זאגט דאס נישט, צוליב די מחלוקת וואס עס איז דא אויפן רבי'ן, עיין שם.


וואויל איז דעם וואס פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות, דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס ער דארף פאררעכטן, און ער וועט זוכה זיין צו פרנסה און צו אלע ישועות, אזוי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט) אז דער "תיקון הכללי" איז מסוגל פאר פרנסה און פאר אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#398 - קען מען זינדיגן און זיך פארלאזן אויף אומאן? אויב קען מען תשובה טון, וועט דאך יעדער זינדיגן?
אומאן, ראש השנה, תשובה, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך פון אייך איבער די גרויסקייט פון פארן ראש השנה קיין אומאן, און וויפיל מוהרא"ש זי"ע האט אויך גערעדט פון דעם, איך פארשטיי אבער נישט עטליכע זאכן איבער דעם.


א. האט מוהרא"ש טאקע געמיינט צו זאגן אז א מענטש קען זינדיגן, און ווייל ער פארט קיין אומאן וועט ער נישט געשטראפט ווערן אויף דעם?


ב. איז דען דא א מענטש - סיי ווער ס'זאל נאר זיין - וואס קען צוזאגן א גוטע יאר אדער אנדערע גוטע זאכן?


ג. זענען דען נישטא קיין מענטשן וואס זענען געווען ראש השנה אין אומאן, און זיי האבן יא געהאט צרות יענע יאר?


ד. אויך זאגט איר אסאך אז ס'איז נישטא אזא זאך אז א איד זאל נישט קענען תשובה טון, ווי אזוי שטימט דאס מיט דעם וואס חז"ל זאגן "כל האומר אחטא ואשוב אין מספיקין בידו לעשות תשובה", אז איינער וואס זינדיגט און זאגט אז ער וועט שוין נאכדעם תשובה טון, קען ער נישט תשובה טון, זעט מען דאך אז ס'העלפט נישט קיין תשובה פאר אזא מענטש?


ה. ווען מ'זאגט אז יעדער קען תשובה טון, קען דאס דאך מאכן אז מענטשן - און ספעציעל בחורים - זאלן מיינען אז זיי קענען זינדיגן און זיי וועלן שוין שפעטער תשובה טון, אפשר טאקע וועגן דעם האבן חז"ל אונז געזאגט אז אויף אזא פאל העלפט נישט קיין תשובה?


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל דיר ענטפערן על ראשון ראשון, ועל אחרון אחרון.


א - וואס האט פארן קיין אומאן מיט גיין זינדיגן?! די מענטשן וואס קומען ראש השנה קיין אומאן פארן אהין זוכן א וועג ווי אזוי צו מתקן זיין וואס זיי האבן פוגם געווען.


דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט מיט א שטארקע הבטחה (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות, "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתיות".


עס זעט מיר אויס פון דיין שאלה אז דו ווייסט נישט וואס אומאן איז. ווער עס איז נאך נישט געווען אין אומאן ראש השנה, דער קען זיך נישט פארשטעלן וואס עס טוט זיך אפ ביים רבינ'ס ציון; דער ציון ווירבלט ווי א בינען נעסט, פיר און צוואנציג שעה איז דער ציון באלאגערט מיט טויזנטער אידן וואס וויינען און שרייען צום אייבערשטן.


די אנלויף ביים ציון הייבט זיך אן ערב ראש השנה, דעמאלט קומען אלע צום ציון וואו מען וויינט צום אייבערשטן ער זאל אונז אנשרייבן א גוט יאר און מיר זאלן שוין ארויס גיין פון אונזער גלות; טייכן טרערן ווערן פארגאסן ביים ציון שוין ערב ראש השנה, ממש אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שה): "אנדערע צדיקים וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא ראש השנה, ווי ביי מיר ערב ראש השנה"; יעדער איינער איז זיך מתוודה פארן אייבערשטן און מען נעמט זיך פאר צו זיין גוט דעם נייעם יאר. די געדרענג ביים ציון איז ממשיך ביתר שאת וביתר עוז במשך ראש השנה, רונדע דעם זייגער שטייען אידן און וויינען זיך אויס ביים ציון, מען זאגט די תיקון הכללי מיטן האפענונג אז מען וועט אלעס פאררעכטן; דעריבער פארשטיי איך נישט וואס דו שרייבסט מיר מיט אזא ברייטע שפראך כאילו מען פארט אויף אומאן פאר א צווייטע סיבה.


ב - דיין צווייטע שאלה איז שוין אביסל איבערגעטריבן, עס הערט זיך ווי דו האסט נישט באקומען קיין חינוך אויף אמונת צדיקים און עס איז אביסל חוצפה'דיג; אוודאי איז דא אזא זאך אז מען זאל צוזאגן פאר א מענטש א גוט יאר, די הייליגע חכמים זאגן (מועד קטן טז:) אויפן פסוק (שמואל-ב כג, ג): "אָמַר אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל, לִי דִבֶּר צוּר יִשְׂרָאֵל, מוֹשֵׁל בָּאָדָם, צַדִּיק מוֹשֵׁל יִרְאַת אֱלֹקִים", מַאי קָאָמַר? אָמַר רַבִּי אַבָּהוּ, הָכִי קָאָמַר: אָמַר אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל: לִי דִבֶּר צוּר יִשְׂרָאֵל, אֲנִי מוֹשֵׁל בָּאָדָם, מִי מוֹשֵׁל בִּי - צַדִּיק, שֶׁאֲנִי גוֹזֵר גְּזֵרָה וּמְבַטְּלָהּ", דער אייבערשטער מאכט גזירות און דער צדיק איז עס מבטל; א צדיק האט א כח אראפצונעמען גזירות פון מענטשן, און בענטשן אלעמען מיט אלעס גוטס.


ג - אויף דיין דריטע שאלה וויל איך דיר ענטפערן מיט א פראגע: "וואס טוסטו ווען דו שפירסט זיך נישט גוט? דו גייסט צום דאקטער; פארוואס גייסטו צום דאקטער? מען זעט דאך אמאל אז דער דאקטער היילט נישט אויס?!" אזוי אויך ווען עס ווארט פאר איינעם א שווערע משפט, "פארוואס זאל ער נעמען פאר גרויס געלט אן אדוואקאט וואס זאל אים פארטיידיגן, מען זעט דאך אסאך מאל אז אפילו מיט א לויער קומט מען אן אין תפיסה?" דאס איז ביי א דאקטער און א לויער וואס קענען טאקע נישט העלפן, דאך פראבירט א מענטש צו טון אלעס אויף דער וועלט זיך צו קענען ראטעווען, כל שכן ווען עס ווארט אויף אונז אלע א גרויסן משפט, וואס: "וְכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן, כְּבַקָּרַת רוֹעֶה עֶדְרוֹ, מַעֲבִיר צֹאנוֹ תַּחַת שִׁבְטוֹ, כֵּן תַּעֲבִיר וְתִסְפֹּר וְתִמְנֶה וְתִפְקֹד נֶפֶשׁ כָּל חָי, וְתַחְתֹּךְ קִצְבָה לְכָל בְּרִיּוֹתֶיךָ, וְתִכְתֹּב אֶת גְּזַר דִּינָם" - דארף דאך א מענטש טון אלעס אויף דער וועלט צו באקומען א גוטער לויער וואס וועט אים פארטיידיגן און העלפן ניצול ווערן פון די שלעכטע גזירות.


ראש השנה גייט מען אונז אלע משפט'ן: "מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת, מִי בָּאֵשׁ, וּמִי בַּמַּיִם"; אלע טראגעדיעס וואס מען הערט במשך דעם יאר השם ישמרינו - ווערט אנגעשריבן ראש השנה. יעדן טאג ווערן אוועקגעריסן יונגע מענטשן - מענער און פרויען; יונגע קינדער בלייבן נעבעך אן עלטערן ה' ירחם; אלע שפיטעלער זענען לא עלינו פול מיט אידישע קינדער; יעצט לאמיר דיר פרעגן, אז עס איז פארהאן א צדיק וואס האט צוגעזאגט אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם העלפן און ער קען אונז אלע מתקן זיין; אזוי ווי ר' נתן שרייבט - וואס דער רבי האט אים געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תז): "אָמַר, שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן – נו וואס איז בכלל די פראגע? מען הייבט זיך אויף און מען פארט צום רבי'ן.


ד - עס איז נישט דא קיין עבירה וואס מען זאל נישט קענען תשובה טון דערויף. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נח, ח): "אֵין מַכָּה בָעוֹלָם שֶׁאֵין לָהּ רְפוּאָה", עס איז נישט דא קיין מכה וואס עס זאל נישט זיין אויף דעם א רפואה, "רְפוּאָתוֹ שֶׁל יֵצֶר הָרַע - תְּשׁוּבָה", דער רפואה אויפן יצר הרע איז תשובה; נאך זאגן חז"ל (תנחומא הישן וירא, סימן טז): "שֶׁאִם בְּיַד אָדָם כַּמָּה עֲוֹנוֹת וְהוּא שָׁב לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, הוּא מַעֲלֶה עָלָיו כְּאִילוּ לֹא חָטָא", אז א מענטש האט אסאך געזינדיגט און ער טוט תשובה, רעכענט אים דער אייבערשטער כאילו ער האט נישט געזינדיגט; אויף אלעמען קען מען תשובה טון, איי דאס וואס חז"ל זאגן (יומא פה:): "הָאוֹמֵר, אֶחֱטָא וְאָשׁוּב, אֶחֱטָא וְאָשׁוּב, אֵין מַסְפִּיקִין בְּיָדוֹ לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה"? דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען קען נישט תשובה טון, נאר "אֵין מַסְפִּיקִין" איז טייטש אז עס וועט אים זיין שווערער תשובה צו טון, ווייל ער איז שוין צוגעוואוינט צו זינדיגן און עס זעט אים אויס ווי א היתר, ער מיינט עס איז א שפיל; אבער אז א מענטש איז מחליט: 'עד כאן! פון יעצט וועל איך זיין אן ערליכער איד, איך לאז אפ אלע מיינע שלעכטע מעשים', ווערט זיכער אנגענומען זיין תשובה.


ה - ווען מען ווייזט פארן מענטש דאס רחמנות וואס דער אייבערשטער האט אויף אונז, ווי דער אייבערשטער שטייט און ווארט מיר זאלן תשובה טון און זיך צוריק קערן צו אים, דאס מאכט מען זאל אנהייבן פונדאסניי און דאס געבט א חשק פארן מענטש זיך צו שטארקן אויף זיינע נסיונות. דער סיבה פארוואס מענטשן פאלן אראפ אין עבירות איז נישט ווייל זיי טראכטן: 'מיר וועלן שוין תשובה טון', נאר ווייל זיי טראכטן: 'מיר זענען שוין סיי ווי פארפאלן, מיר גייען שוין סיי ווי אין גיהנום' - דאס איז דער סיבה פארוואס מען טוט עבירות. הלוואי זאלן מענטשן געדענקען און טראכטן שטענדיג אז מען קען תשובה טון, דאן וואלט קיינער נישט געגאנגען טון עבירות, מען וואלט נאר עוסק געווען אין תשובה.


היוצא מדברינו: ווער עס וויל רחמנות האבן אויף זיין נפש, רוח און נשמה, ער וויל פאררעכטן זיינע מעשים - זאל קומען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון כאטשיג איין מאל אין לעבן; עס איז נאך נישט געווען א צדיק זייט די וועלט שטייט וואס זאל מבטיח זיין מיט אזא שטארקע הבטחה צו מתקן זיין יעדן איינעם - אזוי ווי דער הייליגער רבי. פארשטייט זיך אז דער ס"מ טוט זיינס, ער מאכט ליצנות פון רבי'ן, ער מאכט ליצנות פון אומאן און פון תיקון הכללי וכו' וכו'; אבער א מענטש מיט אביסל שכל מאכט זיך א פשוט'ער חשבון: 'עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס האט צוגעזאגט אז ער וועט א טובה טון פאר דעם וואס וועט קומען צו זיין ציון; עס קומט א נייע יאר, איך דארף ישועות, רפואות, פרנסה, נחת וכו' וכו', איך קוק נישט אויף קיינעם, איך אנטלויף צום הייליגן רבי'ן'.


אז דו וועסט האבן אמונת חכמים וועסטו האבן א גוט לעבן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#397 - שולד געפילן איבער חינוך; אפלאזן אלטע שיעורים און גיין צום דרך הלימוד?
חינוך הילדים, לימוד התורה, פחדים, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אייער ענטפער, איבער מיין זון וואס ברעכט אונטער די גרויס דרוק צו זיין דער בעסטער אין ישיבה און באקומען די בעסטע צייכענונגען, ביז עס איז אים שוין צוגעטרויטן צום געזונט.


א. איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך שפיר א שטארקע שולד געפיל וועגן דעם, אפשר האב איך געלייגט צופיל דרוק אויף אים, אפשר זאל איך זיך פארנעמען עפעס א גוטע קבלה זיך צו בארואיגן?


ב. איך בין עוסק על המחיה ועל הכלכלה, איך ארבעט צו ברענגען פרנסה אין שטוב, און איך האב ב"ה שיעורים קבועים יעדן טאג צו לערנען תורה, מיין שאלה איז אזוי ווי איך הער ביי אייערע שיעורים איבער דעם "סדר דרך הלימוד" פון רבי'ן, זאל איך אפלאזן מיינע ביז יעצטיגע שיעורים און אנהויבן לערנען אויף דעם דרך הלימוד?


ג. ווי איך האב אייך שוין געשריבן האט מיין זון א פחד צו דאווענען אין א גרויסע שול מיט אסאך מענטשן, ער וויל דאווענען נאר אין א קלענער שול, מעג ער זאגן א ליגנט פאר זיינע חברים איבער וואו ער האט געדאווענט?


נאכאמאל א גרויסן דאנק אויף אלעס, דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך כח אנצוגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א. דו שרייבסט אז דו שפירסט א שולד געפיל אויף וואס עס האט פאסירט מיט דיין זון נרו יאיר וכו', און דו פרעגסט וואסערע קבלה טובה דו קענסט מקבל זיין אויף דיר כדי זיך צו בארואיגן.


וויסן זאלסטו אז מען קען נישט מחנך זיין קינדער כדי צו האבן כבוד פון זיי; עלטערן וואס פארלאנגען פון זייערע קינדער צו זיין דוקא דער 'אויסגעצייכנסטער' פון כתה, דער 'בעסטער' פון כתה, אדער דער 'געלונגענסטער' - אלעס פאר כבוד, וועלן זייערע קינדער ביים סוף אלעס אפלאזן אדער משוגע ווערן. שלמה המלך זאגט (משלי כב, ו): "חֲנֹךְ לַנַּעַר עַל פִּי דַרְכּוֹ, גַּם כִּי יַזְקִין לֹא יָסוּר מִמֶּנָּה"; דאס הייסט מען דארף מחנך זיין קינדער "עַל פִּי דַרְכּוֹ", נישט ארויף לייגן צו סאך אויף זיי, נאר לויט זייער וועג וכו'.


עס איז א גרויס רחמנות אויף מענטשן וואס לעבן פאר א צווייטן און זייער גאנצער מח מחשבה איז שטענדיג פארנומען צו טראכטן: 'וואס וועט יענער טראכטן אויף מיר?' 'וואס וועט דער זאגן אויף מיר?' ווייל באמת דארף א מענטש זיין ביי זיך אזוי שטארק מיט אמונה, אז עס זאל אים נישט אינטערעסירן וואס א צווייטער זאגט און טראכט אויף אים.


אזוי איז אויך לגבי די קינדער; מען דארף מחנך זיין קינדער צו דאווענען און לערנען ווייל דער אייבערשטער האט אונז אזוי געהייסן, נישט פאר מענטשן - אז מענטשן זאלן זען ווי מיר האבן די בעסטע קינדער וכו'; אך און וויי איז אויב מען איז מחנך קינדער פאר גאוה און כבוד, ווייל ווען די קינדער וואקסן אויף לאזן זיי אלעס אפ, שפירנדיג אז דאס איז פאלש און מען טוט אלעס נאר כדי צו געפעלן פאר א צווייטן.


מוהרא"ש פלעגט אסאך דערציילן די פאלגענדע מעשה: מען האט אמאל געהערט פסח ביינאכט ווי א פשוט'ער איד וויינט ביי די ווערטער: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר?" ער האט עס איבער געזאגט נאכאמאל און נאכאמאל און פארלאזט דערביי זידיגע טרערן, ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער?" האט ער געענטפערט: "איך פארשטיי נישט גארנישט, איך זע פשוט אין די הגדה אז דער חכם זאגט עפעס און דער רשע זאגט עפעס, וואס גייט מיר אן וואס דער חכם זאגט אויף מיר און וואס דער רשע האלט פון מיר, איין זאך גייט מיר אבער יא אן: "תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר"? ער ווייזט מיטן פינגער ארויף אויבן, "וואס זאגט מען אויף מיר אויבן אין הימל (אויף רוסיש זאגט מען 'דארט' – תָּם); דער האלט פון מיר, דער צווייטער האלט נישט פון מיר, איינער זאגט איך בין א בטלן, א צווייטער זאגט איך בין א שלימזל, אבער רבונו של עולם וואס האלסטו פון מיר? רבונו של עולם ווייז מיר אביסל ליבשאפט, ווייז מיר אז דו האסט מיר ליב, איך וויל נישט גארנישט - נאר טון דיין ווילן".


דער הייליגער רבי האט אמאל דערציילט פאר זיין טאכטער אדל איבער א גרויסער מענטש וואס האט געדאווענט יארן לאנג מיט גרויס התלהבות פאר א קאץ; ער פלעגט דאווענען אין א צימער און ווען ער האט געהערט די גרודער פון א קאץ אינדרויסן האט ער געמיינט אז דאס קומט פון די חסידים וואס שטופן זיך ביים טיר צו קענען אריינקוקן זען ווי אזוי ער דאווענט, פלעגט ער זיך נאך מער איינוויקלען אין זיין טלית און דאווענען מיט התלהבות פאר די וואס קוקן אריין אין פענסטער, ביז דערווייל איז דער גרודער געקומען פון א קאץ... א שכן פלעגט אוועקשטעלן יעדן אינדערפרי א טעפל מילך און דער קאץ פלעגט ארום שפרינגען דארט אין חצר ביים טרינקען די מילך און פון דעם איז געקומען די רעש, קומט אויס אז די אלע יארן האט ער געדאווענט פאר א קאץ רחמנא לצלן.


ב. בנוגע וואס צו לערנען; לאז נישט אפ דיינע אלטע שיעורים, בלייב מיט דיינע חברותות און זע צו זאגן יעדן טאג תהילים. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א קאפיטל תהילים אז מען זאגט, איז אזוי ווי א פאנטש"; פונקט ווי א מענטש נעמט מיט זיך מיט טרינקען וואו ער גייט, אז אויב ער וועט ווערן דורשטיג זאל ער האבן עפעס צו טרינקען, אזוי אויך דארף א מענטש זאגן יעדן טאג תהילים כדי צו געבן צו טרינקען פאר זיין נשמה.


ר' נתן פלעגט יעדן טאג זאגן דעם יום תהילים, אזוי ארום פלעגט ער ענדיגן דעם גאנצן ספר תהילים יעדע וואך, און אזוי פירן זיך תלמידי היכל הקודש - צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים. דער הייליגער רבי האט געזאגט אז משיח וועט קומען בזכות די פשוט'ע אידן וואס זאגן אסאך תהילים; הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו ברענגט דאס אראפ אין ספר ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) אז משיח וועט קומען בזכות די אלע ערליכע פשוט'ע אידן וואס זאגן תהילים יעדן טאג.


ג. בנוגע וואס מען זאל זאגן פאר מענטשן וכו'; דו דארפסט פאר קיינעם נישט אפגעבן דין וחשבון וואו ער דאווענט, און דו דארפסט בכלל נישט זיין פארנומען מיט מענטשן - וואס מענטשן וועלן טראכטן און וואס מען וועט זאגן; אז דיין זון איז נישט גרייט צו דאווענען מיט אן עולם זאלסטו אים אפלאזן, זאל ער דאווענען וואו ער איז באקוועם.


זע אז דיין זון זאל זיך ערהוילן און צוריק קומען צו זיינע כוחות; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן פד): "תִּקּוּן הַגּוּף, קֹדֶם תִּקּוּן הַנֶּפֶשׁ", קודם דארף דער גוף זיין געזונט און מסודר, נאכדעם זארגט מען אויפן נפש; מען דארף ערשט אכטונג געבן אויפן גוף, עס זאל זיין רואיג און נישט איבערגעשטרענגט, נאכדעם דארף מען אכטונג געבן אויפן נפש.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א קליינע לאך אינעם גוף איז א גרויסער לאך אין די נשמה".


ווען דער יצר הרע זעט א מענטש וועם ער קען נישט בייקומען, ווייל דער מענטש פירט זיך זייער ערליך, דאן קומט ער צום מענטש ווי א פרומער, ער מאכט אים שפירן אז ער טוט נישט גענוג, ער פארדרייט אים דעם קאפ ער זאל פאסטן און טון סגיפים וכו' וכו'; פארשטייט זיך אז דער מענטש האט נישט קיין כח צו דעם, פאלט ער אראפ און ווערט זייער אפגעשוואכט, ער בלייבט ליגן אין בעט אן כח, ער קען נישט נישט דאווענען און לערנען - אזוי האט ער געכאפט דעם מענטש.


דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן צו עסן צו דער זעט און שלאפן גענוג - וויפיל דער מענטש דארף; עס איז נישט שייך צו זאגן פאר א מענטש וויפיל שעה ער דארף שלאפן ווייל יעדער מענטש איז אנדערש. און אז מען איז אויסגערוהט קען מען דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי עס דארף צו זיין.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט אסאך קומען אין ישיבה געבן דרשות פאר די בחורים; פלעגט ער שטענדיג זאגן פאר די בחורים זיי זאלן עסן אסאך. א בחור דארף עסן צו דער זעט און נישט זיין פארנומען מיט סיגופים, נאר דער עיקר זאל מען אויסנוצן די צייט ריכטיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען נחת פון אלע דיינע קינדער.

#396 - וועט "מסכת תענית" העלפן אויך פאר פרנסה?
פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס איך הער שוין אויס פאר די לעצטע יאר צייט, דאס העלפט מיר ממש אויף טריט און שריט אין לעבן.


איך בין ב"ה חתונה געהאט, איך האב איין קינד ב"ה, אבער איך מוטשע זיך געפערליך מיט פרנסה. איך וויל וויסן אויב די סגולה וואס מוהרא"ש זי"ע האט געגעבן פאר די בחורים פאר א שידוך, צו זאגן מסכת תענית פערציג מאל פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, צי דאס העלפט אויך פאר פרנסה.


א גרויסן יישר כח, יהודה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהודה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.) אז די שליסל פון פרנסה איז נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן; קיינער קען נישט צו נעמען פון א מענטש זיין פרנסה און קיינער קען נישט געבן פרנסה - נאר דער אייבערשטער אליינס וואס ער איז דער זן ומפרנס לכל.


אז דו מוטשעסט זיך מיט פרנסה זאלסטו זיך אויסוויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר העלפן זאלסט קענען מפרנס זיין דיין ווייב און קינדער.


מוהרא"ש האט דערציילט, אין ירושלים איז געווען א באוואוסטער מגיד רבי בנציון יאדלער זכרונו לברכה וואס ער פלעגט ארום גיין אין שול'ן האלטן דרשות; איינמאל איז צו אים געקומען א איד און אנגעהויבן וויינען: "איך האב נישט קיין פרנסה, מיינע קינדער גייען אויס פאר הונגער, זיי וויינען פאר ברויט וכו' וכו'", זאגט אים ר' בנציון ז"ל: "וָואס וִוילְסְטוּ פוּן מִיר? דוּ הָאסְט דָאך אַ רַייכֶער טַאטֶע, בֶּעט אִים עֶר זָאל דִיר הֶעלְפְן אוּן רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף דִיר", דער איד קוקט אן דעם ר' בנציון מיט וואונדער און זאגט: "מיין טאטע וואס וואוינט אין צפת? וואס קען ער מיר שוין העלפן? ער האט קוים פאר זיך צו לעבן?" און ער הייבט אן וויינען: "פארוואס מאכט איר חוזק פון מיר?!" זאגט אים ר' בנציון: איך מיין נישט דיין טאטע פון צפת, איך מיין דיין טאטע אין הימל - דער גרויסער באשעפער - ער קען דיר העלפן! בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר".


דאס זעלבע זאג איך דיר: "דוּ הָאסְט דָאך אַ רַייכֶער טַאטֶע, בֶּעט אִים עֶר זָאל דִיר הֶעלְפְן אוּן רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף דִיר"; פרנסה האט נישט צו טון צי מען איז געלונגען אדער אויב מען האט א גוטן קאפ; פרנסה קומט פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט דערציילט א מעשה, אמאל זענען געווען צוויי גרויסע עשירים וואס זענען געווען שכנים הויז צו הויז, איינער איז געווען א גרויסער קמצן - א קארגער מענטש, און דער צווייטער איז געווען גאר א גרויסער בעל צדקה; איינמאל איז געקומען אן ארימאן אין געבעטן צדקה פון דעם קמצן, האט דער קמצן אים געזאגט אזוי: "איך האב דא ביי מיר אין גארטן אסאך ביימער וואס מען דארף זיי צעשניידן, אז דו וועסט מיר צעשניידן די אלע גרויסע ביימער אויף קליינע שטיקלעך האלץ וועל איך דיר געבן עסן", אומר ועושה, דער ארימאן האט גענומען א האק און זיך גענומען צו די שווערע ארבעט, ער האט צעהאקט אלע ביימער און זיי פארוואנדלט אין שפענדלעך, ווען ער האט געענדיגט איז ער געקומען צום בעל הבית בעטן עסן, זאגט אים דער קמצן: "קום מיט מיר", און ער פירט אים צום שכן'ס הויז - די הויז פונעם צווייטן עושר - און זאגט אים: "קלאפ אריין ביי דעם טיר, דא וועסטו אלעס באקומען; עסן, געלט וכו'", דער ארימאן האט געמיינט אז דאס איז איין זאך, איין בעל הבית; ער קלאפט אריין און תיכף ומיד האט מען אים אויף גענומען מיט א מורא'דיגע שמחה, מען האט אים געגעבן צו עסן מכל טוב וטוב, אינמיטן עסן האט זיך דער ארימאן אנגערופן: "איך האב זייער שווער געהארעוועט פאר די עסן", פרעגט מען אים: "וואס הייסט?" ענטפערט ער: "איך האב געהאקט האלץ א גאנצן טאג ביז איך האב באקומען דאס עסן, דאס איז מיר בכלל נישט אנגעקומען גרינג", האט מען אים געזאגט: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", מען האט אים ערקלערט וואס דא איז פארגעקומען, אז דאס זענען צוויי מענטשן און אויב וואלט ער קודם אנגעקומען אהער וואלט ער בכלל נישט געדארפט ארבעטן, ווייל דא געבט מען פאר יעדן איינעם עסן בחינם.


מוהרא"ש זאגט, וואס האט אונז דער רבי געוואלט לערנען מיטן דערציילן די מעשה? אז מען האט אים געזאגט: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", דאס מיינט מען צו זאגן דו האסט גארבעט פאר דיינע עבירות; אז א מענטש האט געזינדיגט דארף ער ארבעטן ביטער שווער און מיט דעם קומט ער אפ זיינע עבירות, אבער פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם בחינם.


די מעשה דארף אונז זייער שטארקן אז אלעס קומט פונעם אייבערשטן, דעריבער אז דו גייסט יעצט אריבער שווערע צייטן מיט דיין פרנסה וכו', זאלסטו נאר טראכטן פונעם אייבערשטן, און נאר רעדן און בעטן פונעם אייבערשטן, וועסטו געהאלפן ווערן.


אז דו ווילסט האבן פרנסה בריווח זאלסטו זאגן יעדן טאג - גלייך נאך שחרית - די צען קאפיטלעך תהילים, דעם "תיקון הכללי", ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט) אז זאגן דעם "תיקון הכללי" איז א סגולה אויף פרנסה; נעם די סגולה פון הייליגן רבי'ן און זאג דעם "תיקון הכללי", וועסטו זוכה זיין צו האבן ישועות, רפואות און פרנסה בריווח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן פרנסה בשפע.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#395 - ווי אזוי ציעט מען אויף ערליכע קינדער ווען זיי זעען ביי די ארומיגע משפחה פארקערט?
שלום בית, חינוך הילדים, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן באקומען אייער ענטפער ווי אזוי זיך אומצוגיין ווען דער זיידע פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, ער האט אפענע אינטערנעט אויף זיין טעלעפאן, און נאך זאכן, א גרויסן יישר כח פאר די ענטפער, למעשה זענען מיר אבער נאכאלץ נישט אינגאנצן קלאר וואס מיר דארפן צו טון.


מיר שפירן אז מיט דעם וואס מיר זענען מכבד דעם זיידן, און מיר רעדן נישט חס ושלום קעגן אים אין פארנט פון די קינדער, דאס וועט מאכן אז די קינדער זאלן אים וועלן נאכמאכן און נאכטון זיינע שלעכטע וועגן. ווי אזוי קען מען גיין צווישן די טראפן? פון איין זייט צו מכבד זיין יעדן איינעם אין די משפחה, און פון די אנדערע זייט ווי אזוי זיכער צו מאכן אז די קינדער זאלן בלייבן ערליכע אידן, זיי זאלן נישט וועלן זיך אויפפירן אזוי ווי זיי, ווען זיי פירן זיך נישט ווי מ'דארף?


און אויך וועגן זיך באטייליגן ביי א שבתון פון די פאמיליע, ווען מ'גייט זיך טרעפן מיט די קרובים וואס מיר ווילן נישט אונזערע קינדער זאלן אויסקוקן אזוי ווי זיי? מיר ווילן וויסן א קלארע הדרכה, זאלן מיר גיין אהין אדער נישט?


נאכאמאל א גרויסן יישר כח, און מיר האפן אז איר וועט נעמען די צייט אונזער ארויסצוהעלפן און אונז לערנען די ריכטיגע וועג וואס צו טון.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


הגם איך האב אייך שוין געענטפערט אויף אייערע פראגעס אינעם פריערדיגן תשובה וואו איר וועט טרעפן א קלארע וועג ווי אזוי צו לעבן וכו' אזוי ווי איר וועט זען ביים איבערליינען די תשובה, און איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין אין דעם ענין, דאך וועל איך אייך נאכאמאל שרייבן מער באריכות. ווייל דער ענין איז נוגע פאר זייער אסאך משפחות; זייער אסאך אינגעלייט האבן די פראגע ווי אזוי מען קען אויפציען קינדער על טהרת הקודש ווען די קינדער זעען ביי די ארומיגע משפחה פארקערט ווי מען לערנט זיי.


די ערשטע עצה פאר עלטערן אז זיי זאלן זוכה זיין צו זען ערליכע דורות - איז תפילה. מוהרא"ש פלעגט אונז זייער אסאך מאל דערציילן די מעשה פון א איד וואס איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער; האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום; זי פלעגט יעדן טאג זאגן תהילים און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער, אז דו וועסט זאגן תהילים און וויינען צום אייבערשטן וועסטו אויך זוכה זיין צו גוטע קינדער"; אז עלטערן נעמען אראפ אפאר מינוט יעדן טאג צו מתפלל זיין צום אייבערשטן אויף ערליכע דורות וועלן זיי זוכה זיין צו זען נחת ביי די קינדער און קינד'ס קינדער.


צווייטנס, די שענסטע מתנה וואס עלטערן קענען געבן פאר זייערע קינדער איז זיי ווייזן ווי אזוי מען לעבט מיט אהבה און כבוד איינער צום צווייטן; ווען קינדער זעען ווי טאטע מאמע האבן זיך ליב, זיי רעדן שיין צווישן זיך און קיינער גרויסט זיך נישט אויפן צווייטן - דאס איז די שענסטע מתנה וואס מען קען זיי געבן, דאס געבט זיי מח, דאס מאכט זיי זאלן וואקסן און זיך ערנערן געזונט און שטארק, און בלייבן אויפן וועג פון זייערע עלטערן.


דאס איז די ערשטע יסוד ביים בויען א אידישע שטוב, ווייל איינמאל עס איז דא ליבשאפט צווישן די עלטערן - דעמאלט קען מען גיין א טריט ווייטער, מען קען נאכדעם פארלאנגען פון די קינדער זיך צו פירן מיט יראת שמים וכו' וכו', אבער אז עס איז נישט דא קיין ליבשאפט אין שטוב איז נישט דא קיין כלי, און אז עס איז נישט דא קיין כלי איז א שאד אויף אלעס וואס מען לייגט אריין אין זיי.


קינדער וואס האבן א ווארימע היים און ווארימע עלטערן - וואקסן געזונט; דער עיקר פון א קינד איז זיין היים און זיינע עלטערן. קינדער וואס האלטן מיט ווי זייערע עלטערן קריגן זיך איינער מיטן צווייטן בלייבן מיט א וואונד; קינדער וואס קומען פון א שטוב וואו עס איז נישט דא קיין דרך ארץ וכו', די עלטערן שרייען און שעלטן וכו', בלייבן איבער מיט וואונדן.


דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו לערנען מיט אידישע קינדער תורה; במשך די אלע יארן וואס איך האב די ישיבה וכו' האב איך געזען אז די אלע קינדער וואס קומען פון גוטע שטובער - גוטע שטובער מיין איך צו זאגן געזונטע שטובער, וואס די עלטערן זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן און עס איז דא ליבשאפט איינער צום צווייטן - מיט אזעלכע קינדער איז גרינג צו ארבעטן, ווייל זייער מח בדרך כלל איז געזונט, אבער קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואס דער שטוב איז נישט קיין שטוב - דאס איז שוין א צווייטע מעשה; זיי וואקסן אויף צעקלאפט און פארמאכט און זיי דערקייקלען זיך ביז זיי זוכן זיך שלעכטע חברים, און נעמען דראגס השם ישמרינו.


אוודאי וועלן די קינדער אלץ וועלן נאכמאכן משפחה, שכנים, חברים און חבר'טעס וכו' וכו', דערפאר דארפן די עלטערן זיין שטארק מיט וואס מען פארלאנגט און נישט נאך געבן; עלטערן טארן נישט שפירן ביי זיך שולד געפילן ווען מען זאגט 'ניין' פאר די קינדער, ווען די קינדער קומען מיט טענות: "פארוואס זיי מעגן און אונז טארן נישט?" "פארוואס די שכנים שפילן מיט די סארט שפילן און אונז מעגן נישט?" "פארוואס די קאזינס גייען אנגעטון אזוי און אזוי, און אונז טארן נישט?" עס איז זייער נארמאל פאר קינדער אזוי צו רעדן; קינדער זענען קינדער, די אויפגאבע פון די עלטערן איז צו זיין זייער שטארק מיט זייערע פרינציפן און נישט נאך געבן, ענטפערן פאר די קינדער רואיג מיט א שמייכל: "מיר האבן א וועג ווייזער; א רב, רבי, דיין - וואס לערנט אונז ווי אזוי זיך צו פירן; איינער עסט דעם הכשר, א צווייטער איז מקפיד אויף א בעסערע הכשר; אונזער רבי, אונזער מורה דרך זאגט אז מען זאל נישט שפילן מיט די סארט שפיל". אזוי אויך לגבי ווי אזוי צו גיין אנגעטון: "מיר גייען נישט אזוי, מיר גייען מער איידל, מער באשיידן"; אז מען רעדט אזוי צו די קינדער, ווען זיי וועלן אויפוואקסן וועלן זיי זיך האלטן צו די וועג לויט ווי אזוי די עלטערן האבן זיי מחנך געווען.


אויב עס איז נישט דא אין שטוב קיין לופט צו אטעמען, דאס הייסט טאטע מאמע קריגן זיך ארום, מען שרייט איינער אויפן צווייטן; אדער טאטע מאמע קלאפן אראפ די קינדער, מען זוכט נאר זיי אראפ צו קלאפן: "דו טויגסט נישט", "דו ביסט נישט", "דו בטלן", "דו שלימזל", און אזוי ווייטער - דעמאלט וועלן די קינדער זוכן א וועג פטור צו ווערן פון די עלטערן, זיי וועלן דאס מלביש זיין אין דעם וואס מען לאזט גארנישט טון, זיי וועלן ווייזן מיט די פינגער אויף די משפחה ארום און ארום וואו מען איז יא ערלויבט צו שפילן מיט אלע סארט שפילן, גיין אנגעטון מיט אלעס און עסן אלעס וואס גלוסט זיך, כאילו דאס איז דער פראבלעם, אבער באמת האט דאס נישט צו טון מיט דעם.


נאכאמאל לגבי אייער שווער וכו'; ווען קינדער זעען ווי זייערע עלטערן רעדן מיט שעצונג אויף זייערע עלטערן וועלן זיי אויך מכבד זיין די עלטערן, אבער אויב קינדער באקומען די געפיל אז זייערע עלטערן שעצן נישט זייערע עלטערן דאן ווערן זיי צעמישט און דעמאלט הייבן זיך אן די פראבלעמען.


לגבי גיין אויף שבתון'ס וכו'; עס זענען פארהאן צוויי וועגן ווי אזוי נישט צו גיין, איינער גייט נישט און מאכט זיכער אז יעדער זאל וויסן אז ער גייט נישט און פארוואס ער גייט נישט וכו', א צווייטער גייט נישט אבער ער מאכט זיכער קיינעם נישט וויי צו טון, ער דריידט זיך ארויס מיט כל מיני תירוצים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער געזונטערהייט מיט אייער מאן אינאיינעם.

#394 - זאל מען אפהאקן קשר מיט נאנטע משפחה וועלכע פירן זיך נישט ווי מ'דארף?
שלום בית, חינוך הילדים, משפחה, סמארטפאון, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק און שיעורים וואס העלפן אונז אזוי שטארק ארויס אין לעבן.


איך מיט מיין מאן לעבן ב"ה זייער גוט מיט א נאנטע קשר, ווי אויך האבן מיר ב"ה זייער א נאנטע קשר מיט די קינדער, מיר פירן אן ערליכע און פרומע לעבן, און מיר פרובירן צו זיין וואויל און ערליך אויפ'ן בעסטן פארנעם.


מיין שווער פירט אבער אן אנדערע סארט לעבנסשטייגער, און ער קומט אסאך מאל צו אונז אויף שבתים, און דא הויבט זיך אן די פראבלעמען, איך וויל נישט אונזערע קינדער זאלן זען אינעם זיידן א ביישפיל ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן, למשל ער האט א סמארטפאון מיט אפענע אינטערנעט, און אסאך מאל מוצאי שבת וויל ער באשטעלן מתנות פאר די קינדער פון זיין טעלעפאן, ער ווייזט פאר די קינדער זיי זאלן זיך אויסקלויבן דארט וואס זיי ווילן, און דאס טוט מיר זייער וויי. און אזוי איז דא נאך זאכן ווי אזוי ער פירט זיך, וואס איך וויל נישט די קינדער זאלן דאס זען, און זיכער נישט נאכמאכן חס ושלום.


מיין מאן פארשטייט מיר זייער גוט, ער איז מודה אז דאס קען שאטן פאר די קינדער, אבער למעשה מוז ער זיך אבער אננעמען פאר זיין טאטע, און דאס ברענגט אויך צו שלום בית פראבלעמען.


ווי אויך האט מיין שווער חשק צו מאכן א שבתון פאר די גאנצע משפחה, דאס וויל איך אויך זייער נישט, די משפחה פירן אויך אן אנדערע סארט לעבן, מיט אפענע אינטערנעט וכדומה, איך בין בכלל נישט אינטערעסירט צו גיין צו אזא שבתון, וואס דאס קען זייער ווארשיינליך שאטן פאר אונזערע קינדער.


איך האף אז ער וועט מיר קענען געבן אן עצה ווי אזוי זיך אומצוגיין, פון מיין זייט וואלט איך שוין לאנג שוואכער געמאכט דעם קשר פון אונזער שטוב מיט מיין שווער, בין איך מחויב שוואכער צו מאכן די ערליכקייט און תמימות פון מיינע קינדער לכבוד א זיידע? מוז מען האלטן קשר צו די מומעס, פעטערס און קאזינס, וועלכע האבן נישט קיין מורה דרך, און פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין?


א גרויסן יישר כח, א פארווייטאגטע מאמע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר לעבט בשלום ובשלוה מיט אייער מאן און איר ציט אויף אייערע קינדער מיט יראת שמים, און וואויל איז אייך אז איר געבט אכטונג צו האבן אן ערליכע שטוב, איר ברענגט נישט אריין אין אייער שטוב קיין שום כלי וואס האט שייכות מיט די גאס (אינטערנעט). דאס איז די וועג זוכה זיין צו זען ערליכע דורות.


קינדער זענען צוגעגליכן צו בלומען; פונקט אזוי ווי בלומען דארף מען באוואסערן און אכטונג געבן זיי זאלן וואקסן שיין, אזוי אויך דארף מען אכטונג געבן אויף קינדער ווען זיי זענען יונג אז זיי זאלן נישט האבן קיין שלעכטע חברים, כדי זיי זאלן אויסוואקסן ריין און הייליג.


מיר לעבן היינט אין שווערע צייטן וואס דער יצר הרע פראבירט צו רייסן שטיקער פון כלל ישראל און עס פאלן ליידער אוועק אידישע קינדער, דעריבער דארפן מיר זייער אכטונג געבן אריין צו לייגן אין די קינדער ליבשאפט און ווארעמקייט זיי זאלן ליב האבן זייער שטוב און ליב האבן טאטע מאמע, דעמאלט וועלן זיי נישט נאכלויפן שלעכטע חברים.


ליבשאפט איז די פונדאמענט פון א שטוב; קינדער וואס קומען פון א געזונטע שטוב, פון א שטוב וואו די עלטערן האבן זיך ליב און זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן - וועלן אייביג ציען צו בלייבן אויפן וועג פון זייערע עלטערן, אבער אויב קריגן זיך די עלטערן וועלן די קינדער פריער אדער שפעטער אוועק לויפן פון זייערע עלטערן.


דערפאר אז איר זוכט א וועג ווי אזוי אכטונג צו געבן אז אייערע קינדער זאלן נישט נאך לויפן פעטערס, מומעס און קאזינס וואס לעבן אן אנדערע סארט לעבן ווי איר און אייער מאן, איז די עצה אז אין אייער שטוב זאלט איר זען עס זאל שטענדיג הערשן א געשמאקע לופט און א איינגענעמע אטמעספער, דאן וועלן די קינדער קיינמאל נישט וועלן טוישן און אפלאזן דאס וואס מען האט מיט זיי געלערנט. אבער אויב אין שטוב וועט זיין אן אנגעצויגענע אטמאספער דאן וועלן זיי אייביג וועלן לויפן צו מענטשן וואס שטעלן אהער א פרייליכן פנים.


מען קען נישט אפהאקן מיט משפחה - בפרט מיט זיידע און באבע, אויך טאר מען נישט – אין געגנווארט פון די קינדער - אוועק מאכן די עלטערן, זיידע, באבע וכו'; עס איז נישט געזונט פאר קינדער צו הערן ווי מען מאכט אוועק א שווער, שוויגער, טאטע אדער מאמע - נישט בגשמיות און נישט ברוחניות.


די אלע וואס זענען מחנך קינדער אנטקעגן סמארטפאונס דארפן זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט, כדי די קינדער זאלן נישט ווערן צעמישט ווען זיי הערן: "ווער עס האט א סמארט פאון איז א שגץ", ווייל וואס דארף ער טראכטן אויף זיינע עלטערן וכו'...


מען דארף אסאך רעדן צו קינדער באופן כללי: ווי שטארק מען דארף זיך אכטונג געבן נישט צו האבן א סמארט פאון וואס איז אפען צו די גאס (אינטערנעט), און אויב מען דארף דאס האבן פאר ביזנעס זאל מען פרעגן א רב, קינדער און בחורים וואס ארבעטן נישט - פאר זיי איז עס זיכער נישט גוט און עס ברענגט נישט גוטע זאכן, ווייל אז מען היט זיך נישט די אויגן ליידט מען נאכדעם זייער אסאך צרות.


ווען מען רעדט אנטקעגן סמארטפאונס דארף מען אראפ רייסן די זאך, נישט דעם מענטש וואס האט דאס.


אזוי אויך ווען מען רעדט צו קינדער, מען איז זיי מחנך אויף הלכות, און זיי פרעגן: "טאטי טוט אזוי?" "זיידי טוט אזוי?" דארף מען זיין זייער קלוג און שארף צו קענען מסביר זיין פארן קינד אויף א וועג אז זיי זאלן נישט ווערן צעמישט.


לגבי אוועק פארן מיט די גאנצע משפחה אויף א שבת אין א האטעל וכו'; הלוואי וואלט מען געקענט פטור ווערן פון דעם צעדרייטן מנהג. עס קומט נישט ארויס פון דעם קיין שום גוטס, און מען קומט נישט אהיים מיט קיין יראת שמים פון דארט; אויב קען מען זיך שיינערהייט ארויסדרייען מיט תירוצים אז עס זאל נישט ווערן א ריס חס ושלום אין די משפחה - איז זיכער בעסער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן שכל איר זאלט וויסן ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן; פון איין זייט נישט צו מאכן קיין מחלוקת און חס ושלום נישט וויי טון אייער מאן צו רעדן אנטקעגן זיינע עלטערן, און פון דער אנדערע זייט צו קענען אויפציען קינדער וואס זאלן גלייבן אינעם אייבערשטן און גלייבן אין צדיקים; זיי זאלן וויסן אז מען מוז האבן א מורה דרך אין לעבן און עס איז נישט הפקר וועלט.


דעם שכל קען מען נאר באקומען אז מען בעט דעם אייבערשטן; שכל קען מען נישט געבן פאר א מענטש, שכל באקומט מען אז מען גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט אז "שכל" איז די ראשי תיבות "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ"; אז מען וויל האבן שכל ווי אזוי צו לעבן סיי מיט זיך אליין און כל שכן מיט א מאן, דארף מען טון וואס שטייט אין פסוק (איכה ב, יט): "שִׁפְכִי כַמַּיִם לִבֵּךְ, נֹכַח פְּנֵי ה'" - זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים בעטן מען זאל וויסן ווי אזוי מען פירט זיך מיט א מאן, און ווי אזוי מען פירט זיך מיט קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#393 - זאל איך מחזק זיין מיין מאן צו לערנען ביינאכט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך קודם באדאנקען פאר אלע שיינע שיעורים, ס'איז פשוט מחיה נפשות.


איך בין פון ארץ ישראל, מיין מאן האט ב"ה א שטארקע חשק צו תורה, ער לערנט כמעט א גאנצן טאג אין כולל, און ער לערנט אויך א כולל אינמיטן די נאכט נאך חצות. אסאך מאל איז אים זייער שווער אויפצושטיין אינדערפרי, און איך וויל וויסן אויב איך דארף אים מחזק זיין אויף דעם.


איך האב אים געזאגט ער זאל ענדערש גיין אין א פארמיטאג כולל, ער טענה'ט אבער אז ס'איז זייער געשמאק צו לערנען ביינאכט ווען ס'איז רואיג און שטיל, למעשה קומט אבער אויס אז ער איז זייער מיד בייטאג, צו שמחות גייט ער כמעט נישט ווייל ער דארף אויפשטיין חצות, און אויב גייט ער יא צו א שמחה בלייבט ער שוין אויף נאכדעם די גאנצע נאכט ווייל ער וויל נישט פארפאסן די כולל.


זאל איך אים מחזק זיין אנצוהאלטן די נאכט כולל, אדער אים פרובירן אפצורעדן דערפון?


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר האט זוכה געווען צו האבן א מאן וואס לערנט פלייסיג די הייליגע תורה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבועות ל:): "אֵשֶׁת חָבֵר הֲרֵי הִיא כְּחָבֵר", מען דארף געבן כבוד פאר די ווייב פון א תלמיד חכם פונקט אזוי ווי מען דארף מכבד זיין א תלמיד חכם, ווייל אין איר זכות קען ער לערנען פלייסיג די הייליגע תורה. אזוי ווי חז"ל זאגן (ברכות יז.): "אֲמַר לֵיהּ רַב לְרַבִּי חִיָּא: נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן?" אויף וואספארא גוטע מעשים באקומען די פרויען שכר, זיי האבן דאך נישט די מצוה פון לערנען די הייליגע תורה? האט אים רבי חייא געענטפערט: "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן, וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", פארן שיקן די קינדער אין חדר לערנען תורה, און פארן אפווארטן די מענער ביים אהיים קומען פון כולל וואו זיי לערנען תורה - אויף דעם וועלן זיי באקומען שכר.


דעריבער זאלט איר אים ווייטער מחזק זיין ער זאל לערנען די הייליגע תורה; ווען ער וועט זען ווי איר שעצט אים און איר האלט אים חשוב וועט דאס ברענגען ער זאל לערנען נאך מער פלייסיג. ווייל די מערסטע חיזוק באקומט מען פון די ווייב; אז א ווייב קוקט ארויף איר מאן מיט זיין לערנען און זיין אויפשטיין פארטאגס לערנען פלייסיג, וועט דער מאן האבן כח ממשיך צו זיין מיט זיין עבודת השם, דאס געבט כח אויפצושטיין פארטאגס לערנען.


דעריבער אז ער וויל לערנען ביינאכט זאלט איר אים נאר מחזק זיין און שעצן, וועט איר זוכה זיין צו באקומען די געוואלדיגע שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#392 - מיין בחור ברעכט אונטער פון דרוק, וואס איז די עצה?
חינוך הילדים, אמונה, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק און די אמונה און בטחון, וואס מיר באקומען פון אייערע געוואלדיגע שיעורים.


איך האב זיך געוואלט שואל עצה זיין איבער מיין בחור, ער לערנט ב"ה פיין אין ישיבה, אבער דאס איז נאר אונטער א געוואלדיגע פרעשור אז ער זאל הייסן א גוטער בחור און זיין ארויפגעקוקט אין ישיבה. איין טאג איז ער געבליבן אינדערהיים און געזאגט ער שפירט זיך נישט גוט, ווען איך האב אים געוואלט נעמען צום דאקטער האט ער געזאגט אז אלעס איז אין ארדענונג נאר ס'איז געווען א פארהער אין ישיבה און ער האט נישט געקענט הונדערט פראצענט, און ער האט מורא געהאט אז ער גייט באקומען א שוואכע צייכן, און דאס ממש עק וועלט ווייל אלעס אין ישיבה גייט לויט ווי גוט מ'קען.


לעצטנס איז ער צאמגעפאלן אין שול, מ'האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל און דער דאקטער האט געזאגט אז דאס איז פשוט געווען פון א "פאניק אטאקע", עס האט אים געכאפט א געפערליכע פחד צו זיין צווישן אזויפיל מענטשן אין שול, און דעריבער האט ער גע'חלש'ט. זייט דעמאלט וויל ער מער נישט גיין דאווענען אין א גרויסע שול, און איך ווייס נישט וואס צו טון וועגן אים, יעצט קומט די הייליגע טעג און איך וויל גיין דאווענען אין א גרויסע שול.


איך האב אזוי ארויסגעקוקט צו זען נחת פון אים, און יעצט האב איך מורא ער זאל נישט ווערן קיין חולה נפש רחמנא ליצלן, וואס טו איך? ווי אזוי געב איך זיך אן עצה?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער וועט העלפן דו וועסט זען נחת פון אים און פון אלע אנדערע קינדער.


וויסן זאלסטו אז קינדער זענען נישט קיין מאשינען; אפילו א מאשין קען אויך אויפהערן ארבעטן ווען מען ארבעט עס איבער, כל שכן א מענטש - אויב מען שטרענגט עס איבער הערט עס אויף ארבעטן, דער מח קען נישט פארנעמען ווען מען דרוקט אויף אים.


זאלסט אים חס ושלום נישט צווינגען צו גיין דאווענען אין א שול וואו ער האט פחדים; ענדערש זאל ער דאווענען אפילו ביחידות ווי לאנג ער וועט ארויס קריכן פון די פחדים.


רעד מיט אים נאר דיבורי אמונה, ווייל אמונה איז די רפואה פאר אנגעצויגנקייט, פחדים, ספיקות און בלבולים. ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער איז: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹך כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַך כְּלָל" - דאן לעבט ער א רואיג לעבן.


אמונה שטארקט די נערוון, און פארקערט אויך; אויב א מענטש איז נישט שטארק מיט אמונה און ער שפירט נישט דעם אייבערשטן, ער מיינט אז זאכן פאסירן סתם אזוי אן קיין חשבון און עס איז דא טבע מקרה מזל - אזא מענטש לעבט שטענדיג מיט פחדים און שלעכטע מחשבות; מען באשולדיגט זיך כסדר, וואס פון דעם קומען אלע נערוון קראנקהייטן לא עלינו ולא עליכם, און די איינציגסטע רפואה פאר די וואס ליידן אויף די נערוון איז נאר "אמונה".


דערפאר זאלסטו שמועסן מיט דיינע קינדער נאר פון אמונה; פארצייל זיי מעשיות פון השגחה פרטיות ביז עס וועט אריינגעבאקן ווערן אין זייער הארץ די ריינע אמונה, דעמאלט וועלן אלע פראבלעמען אוועק פאלן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיך כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צו צוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס ליידן מחלות בלויז ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן נעבעך, זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.


זאג נישט אז דו האסט געמיינט דו וועסט האבן נחת וכו' און יעצט האסטו מורא אז ער וועט ווערן א חולה נפש, ווייל אז דו וועסט אים נישט דרוקן און דו וועסט אים שטענדיג נאר אויפהייבן וועט ער זיין געזונט און שטארק. אז ער איז נישט גרייט צו גיין צווישן אן עולם זאלסטו אים נישט איבער רעדן ער זאל יא גיין, און אז דו וועסט רעדן צו אים מיט א זיכערקייט פונעם אייבערשטן וועסטו זען וואסערע ניסים וועט געשען מיט אים.


בעט דעם אייבערשטן פאר אים און פאר אלע דיינע קינדער און פאר אלע אידן אז אלע זאלן זיין געזונט בגוף ובנפש – דאס וועט דיר ברענגען צו זען פון זיי נחת.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט זייער מצליח געווען מיט אלע זיינע קינדער, ווען מען האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האסטו זוכה געווען אז אלע דיינע קינדער זענען ערליכע אידן?" האט ער געענטפערט: "וואס מיינט איר, איך האב זיי אראפגעריסן פון בוים?! איך האב אסאך טרערן פארגאסן צום אייבערשטן איך זאל זוכה זיין צו זען נחת פון זיי; איך פלעג וויינען יעדן טאג צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן ערליכע קינדער, דערפאר האב איך זוכה געווען צו ערליכע קינדער".


שטארק דיך! דער אייבערשטער וועט העלפן אז דיין זון וועט ארויסגיין פון זיין צרה.

#391 - וועלכע שיחות פון רבי'ן און רבי נתן זענען די ריכטיגע?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, מוהרנ"ת ז"ל, שיחות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט ביי די שיעור ווי איר רעדט וועגן דעם ספר "באש ובמים" אז איר ווילט עס נישט ליינען ווייל איר ווילט באקומען נאר הערן שיחות פון רבי'ן און רבי נתן פון איין מקור, פון מוהרא"ש זי"ע.


איך מיין אבער אז דער ספר איז געשריבן אויפ'ן זעלבן וועג ווי דער ספר "פעולת הצדיק", נאר עס איז אויף רבי נתן, עס איז געשטעלט נאר אויף מקורות פון רבע נתן מיט זיינע תלמידים.


נארמאל וואלט איך אייך נישט געשריבן וועגן דעם, וואס דארף איך זיך מישן? אבער דער ספר איז א מורא'דיגע ספר וואס עס איז פשוט א שאד נישט עס צו ליינען.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט יארן צוריק האב איך דורכגעליינט דעם ספר "באש ובמים"; איך האב דארט געזען צוברענגען בשם ר' נתן א ווארט וואס ער האט געזאלט זאגן אויפן הייליגן רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו און איך האב דאס נאכגעזאגט ביי א שיעור. נאכדעם האב איך געזען אין שו"ת ברסלב (סימן תתקכ"ג) ווי איינער פרעגט מוהרא"ש די פאלגענדע שאלה:


"ברצוני לשאול: האם יש שיחה ממוהרנ"ת שאמר על הרה"ק הרבי ר' זושא: 'אי פעם היו קוראים אותו המלמד ..... כעת קוראים אותו "דער הייליגער רבי ר' זושא"?' איך וויל פרעגן אויב איז דא אזא שיחה פון ר' נתן אז ער האט געזאגט: "אמאל האט מען גערופן דעם הייליגן רבי'ן ר' זושא 'דער משוגע'נער מלמד', אבער היינט רופט מען אים 'דער הייליגער רבי זושא'"? און מוהרא"ש ענטפערט אים אזוי: "אני מאד מאד מבקש אותך ומעורר גם את אחרים: צריכים לשמור מאד מאד משיחות בדויות ומצוצות מהאצבע, וזורקים את זה על רביז"ל ועל מוהרנ"ת ז"ל, שהכל שקר וכזב, ובפרט כשזה פתוח נגד התורה הקדושה, ונגד צדיקי אמת, צריכים לדעת שזה שקר וכזב, וגובל גם עם מינות". איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך היטן פון נאכזאגן אויסגעטראכטע שיחות וואס מען האט אויסגעזויגן פון פינגער און מען לייגט דאס ארויף אויפן הייליגן רבי'ן זכרונו לברכה און אויף זיין הייליגער תלמיד ר' נתן זכרונו לברכה, בפרט ווען דאס איז אנטקעגן די תורה און אנטקעגן הייליגע צדיקים. מען דארף וויסן אז דאס איז שקר וכזב און דאס גרעניצט זיך מיט מינות.


מוהרא"ש באציט זיך צו דעם שיחה בפרטיות, און שרייבט: "השיחה הזו היא שקר וכזב, כי ידוע איך שרביז"ל הפליג במעלת הרב הקדוש הרבי רבי זושא מאנפולי זי"ע, ואמר עליו שבחים גדולים, ואחד מהשבחים 'שעבד את הקדוש ברוך הוא עם תבערת הלב עצומה בפעם אחת עשרים ושתים שנים רצופות וכו''; היינו כי בדרך כלל כשאדם מתחיל להכנס בעבודת השם יתברך הוא נופל בכל פעם וכו', לא כן הצדיק הקדוש הזה - עם ההתלהבות הראשונה, בָּעַר עשרים ושתים שנה וכו'". עס איז באוואוסט אז דער רבי האט זייער אויסגעלויבט דעם הייליגן רבי זושא זכותו יגן עלינו; דער רבי האט געזאגט אויף אים מורא'דיגע שבחים, צווישן זיי - אז ער איז ארום געגאנגען צוויי און צוואנציג יאר ברציפות מיט די זעלבע ברען צום אייבערשטן. ווייל בדרך כלל ווען א מענטש הייבט אן דינען דעם אייבערשטן הייבט מען אן מיט א ברען און נאכדעם פאלט מען אראפ וכו' אבער דער הייליגער צדיק איז ארום געגאנגען מיטן זעלבן ברען פאר צוויי און צוואנציג יאר, "וכן מוהרנ"ת ז"ל הפליג במעלתו, וסיפר שיצא לו פעם ללון לילה אחד עם הצדיק הקדוש הזה באותו חדר, וכשבא חצות לילה זרק את עצמו מהמיטה על הריצפה וצעק לעצמו זושא זושא תקום כבר וכו', את השאר כבר תישן בקבר", אויך פלעגט ר' נתן דערציילן ווי אמאל איז אים אויסגעקומען צו נעכטיגן אין איין אכסניא מיטן הייליגן רבי'ן ר' זושא זכותו יגן עלינו און ער האט מיט געהאלטן זיין עבודה פון דער נאנט, ווען עס איז געווארן חצות האט ער געזען ווי דער הייליגער ר' זושא ווארפט זיך אראפ פון בעט און הייבט אן רעדן צו זיך, ער האט געשריגן: "זושא, זושא! שטיי שוין אויף, עס וועט קומען א צייט וואס דו וועסט קענען שלאפן - אין קבר וועסטו שלאפן, יעצט איז חצות, שטיי אויף דינען דעם אייבערשטן".


שרייבט ווייטער מוהרא"ש: "אזי איך יכולים להמציא שיחות מגונות כאלו על צדיק קדוש ונורא כזה? ולא רק עליו, אלא יש עוד צדיקים קדושים שהיו מאד מאד חשובים בעיני רביז"ל ומוהרנ"ת ז"ל, ואיך יכולים להדפיס שיחות של שקרים, ולתלות את זה עליהם?" ווי אזוי קען מען אויס טרעפן אזעלכע נישט שיינע שיחות אויף אזא הייליגער צדיק, "אין זה שמראה את גריעות מעשי המספרים, ומכל שכן המדפיסים שיחות כאלו נגד צדיקים קדושים שהיו דבוקים לגמרי באין סוף ברוך הוא, אוי להם ואוי לנפשם מי שמעיז לדבר על צדיקים כאלו, ובזה הם מגלים את זוהמת מעשיהם, כמו שכתוב (תהילים נה, כא): "שלח ידיו בשלומיו חלל בריתו", וויי פאר די וואס רעדן אנקעגן די הייליגע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נעמען דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער זיך מחי' צו זיין מיט יעדן ווארט, און נישט נעמען דעם רבינ'ס ווערטער אוועק צו מאכן א צווייטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעא), אויפן פסוק (דניאל יב, ב): "וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", זאגט דער רבי: "עַל יְדֵי שֶׁנִּתְעוֹרֵר שֵׂכֶל חָדָשׁ בַּעֲבוֹדַת ה', מַה שֶּׁלֹּא הָיָה נוֹדָע עַד עַתָּה, עַל יְדֵי זֶה 'רַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ', אַך 'אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם', כִּי 'צַדִּיקִים יֵלְכוּ בָם' - שֶׁעוֹבְדִין עִם זֶה הַשֵּׂכֶל אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַך, 'וּפוֹשְׁעִים יִכָּשְׁלוּ בָם', שֶׁאֵינָם עוֹבְדִין בָּזֶה אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַך, רַק שֶׁעַל יְדֵי זֶה הֵם מְבַזִּין וּמְחָרְפִין אֶת הָעוֹלָם עַל שֶׁהֵם יוֹדְעִין מִזֶּה הַשֵּׂכֶל הֶחָדָשׁ, וְהָעוֹלָם אֵינָם יוֹדְעִין מִזֶּה, וּכְמוֹ שֶׁשָּׁמַעְתִּי - לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם, הַיְנוּ לְחָרֵף וּלְבַזּוֹת הָעוֹלָם, כִּי אֵינָם מִשְׁתַּמְּשִׁין עִם זֶה הַשֵּׂכֶל הֶחָדָשׁ רַק לְבַזּוֹת וּלְחָרֵף הָעוֹלָם, עַל יְדֵי שֶׁהֵם יוֹדְעִים מִזֶּה, וְהָעוֹלָם הֵם רֵיקִים וַחֲסֵרִים מִזֶּה"; יעדעס מאל עס ווערט באוואוסט א נייע שכל - א נייע דרך אין עבודת השם, איז דא צוויי סארט מענטשן, איינער איז זיך פשוט מחי' מיט יעדן דיבור, מיט יעדע טראפ שכל און מיט יעדע בריוו – "אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם"; און נאכדעם איז דא וואס זיי נוצן נישט די שכל און די ווערטער פונעם בריוו פאר חיי עולם, נאר פאר – "וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", ווי זיי קענען יענעם וויי טון און יענעם אוועק מאכן, יענעם פארציילן וואס מען האט גערעדט פון אים וכו'.


זיי געזונט און שטארק.

#390 - וואס טוט מען ווען מ'וויל נישט דאווענען און נישט אינזין האבן?
אומאן, קדושה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א יישר כח פאר'ן אוועקגעבן פון אייער טייערע צייט צו ענטפערן מיינע שאלות. איך האב געוואלט פרעגן עטליכע שאלות איבער דאווענען.


א. אין שלחן ערוך ווערט מבואר אז לכתחילה דארף מען אינזינען האבן די פירוש המלות פונעם דאווענען (או"ח סימן צ"ח סעיף א') און אויך מדקדק זיין באותיות (או"ח סימן ס"א ס"ב), אבער בדיעבד איז מען יוצא אויב מען האט נישט אינזין געהאט (סימן ק"א סעיף א') אדער מדקדק געווען באותיותיה (סימן ס"ב סעיף א'). אויך איז מבואר אין שלחן ערוך (סימן צ"ח סעיף ג') יתפלל דרך תחנונים כרש המבקש בפתח ובנחת, זאגט אויף דעם דער משנה ברורה, ומכל מקום בדיעבד אפילו אם לא אמרה בלשון תחנונים לא יחזור ויתפלל עכ"ל. איז מיין שאלה וואס טוט זיך מיט א מענטש וואס האלט נישט ביים אינזין האבן בכלל, ער איז נישט אינטערעסירט מדקדק צו זיין אין די אותיות, און ער וויל אויך נישט דאווענען בדרך תחנונים; זאל ער ענדערש בכלל נישט דאווענען? ווייל אין שלחן ערוך שטייט דאך נאר אז בדיעבד האט מען יוצא געווען, אבער לכתחילה איז דאס נישט גוט.


ב. אויך וואס טוט מען ווען מ'האלט אינמיטן שמונה עשרה, און מ'האט געמאכט א טעות וואס די הלכה איז ביי דעם אז מ'דארף צוריקגיין און נאכאמאל אנהויבן שמונה עשרה, דער מענטש האט אבער נישט קיין געדולד אנצוהויבן נאכאמאל, ער איז שוין עטליכע מאל דורכגעפאלן אין דעם און ער האט נישט איבערגעדאוונט ווען מ'האט געדארפט, איז די שאלה צי ער זאל כאטש דאווענען ווייטער ביז'ן סוף אפילו ס'איז קעגן די הלכה, אדער איז עס יעצט פשוט א ברכה לבטלה.


א גרויסן יישר כח, יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט דיין שאלה; וואס הייסט "מען וויל נישט אינזין האבן דאס דאווענען?!" ווען א מענטש וואלט באמת געגלייבט אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים און הערט צו וואס ער בעט אים וואלט ער געדאווענט יעדעס ווארט מיט כוונה. דער סיבה פארוואס מען איז מזלזל אין תפילה איז ווייל מען האט נישט די אמונה אז דער אייבערשטער געפונט זיך דא, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ, וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה', וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוואוסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט און ער הערט צו יעדעס ווארט וואס ער בעט אים, וואלט ער געדאווענט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס.


אזוי אויך פארשטיי איך נישט דיין צווייטע שאלה; אויב מען האט משנה געווען 'מִמַּטְבֵּעַ שֶׁטָּבְעוּ חֲכָמִים' איז מען נישט יוצא דאס דאווענען. מען דארף מפסיק זיין דארט וואו מען האלט און נאכאמאל איבער דאווענען, מען קען נישט ווייטער ממשיך זיין מיט שמונה עשרה; עס איז נישט דא אזא זאך אז ענדערש זאל מען ווייטער דאווענען ווען מען איז נישט יוצא אויב מען האלט נישט ביים איבער דאווענען.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", קען נישט דאווענען, ער שפירט א ביטערע טעם אינעם דאווענען; דאס דאווענען האט ביי אים א טעם פון "מַיִּין מְרִירִין" - ביטערע וואסער. ער וויל נישט קומען אין שול דאווענען, און ווען ער קומט שוין יא אין שול האט ער נישט קיין געדולד אפילו נאר צו עפענען דעם סידור, און ווען ער עפענט שוין דעם סידור קומט אים אן אזוי שווער דאס דאווענען; דאס קומט פון די עבירה פון פגם הברית. די עבירות מאכן אים דיפרעסט און צעבראכן, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", די עבירה ברענגט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך און האט נישט קיין געדולד צו דאווענען.


זאגט דער רבי: "וְאֵין יָכוֹל לִטְעֹם מְתִיקוּת בַּתְּפִילָּה, אֶלָּא כְּשֶׁתִּקֵּן פְּגַם הַבְּרִית", א מענטש קען נישט שפירן א טעם אין דאווענען נאר אז ער פאררעכט זיינע פגמי הברית, ער טוט תשובה און ער היט זיך אפ פון שלעכטס; דעריבער אויב מען איז אפגעהיטן אין קדושה, מען היט זיך די אויגן און די מחשבה דאן איז דאס דאווענען א זיסע זאך, עס שפירט זיך ווי "מַיִם מְתוּקִים" - זיסע וואסער, מען וויל נאך און נאך דערפון.


דעריבער זאלסטו זיך מאכן א חשבון הנפש וואו דו האלסט אויף דער וועלט אין עניני קדושה, ווייל דאס איז די סיבה וואס איז גורם אז עס קומט דיר אן אזוי שווער צו דאווענען און דו ווילסט נישט אינזין האבן וכו', ווייל די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה ברענגט אויפן מענטש א שטארקע ביטערניש, מען גייט ארום דעפרעסט, ביז מען לאזט אינגאנצן אפ דאס דאווענען; דעריבער זאלסטו תשובה טון אויף דיינע עבירות וועסטו שוין קענען דאווענען.


כאפ זיך אריבער קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון; דער רבי האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר אין אומאן און וועט געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות און זאגן דעם תיקון הכללי (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ): "אֲפִילוּ אִם עָצְמוּ וְגָבְרוּ חֲטָאָיו וּפְשָׁעָיו" וועט ער אים ארויס נעמען פון  שאול תחתית.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו פאררעכטן אונזערע מעשים, אזוי וועלן מיר שפירן א זיסקייט און א געשמאק אינעם דאווענען.

#389 - א סדר אין תורה, פרויען שערן די האר, ווי אזוי ווערט מען פטור פון א מנוול?
צניעות, קדושה, חיזוק פאר פרויען, לימוד התורה, מעביר סדרה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


א גרויסן יישר כח פאר די בריוו און שיעורים וואס זענען פאר מיר ממש ווי לופט צום אטעמען.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז יעדער איד דארף דורכגיין די גאנצע תורה, איך ווייס נישט וואו אנצוהויבן, אפשר קען דער ראש ישיבה מיר מאכן א סדר ווי אזוי און וואס צו לערנען?


אויך וויל איך פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה רעדט זייער שארף אז פרויען דארפן זיך שערן די האר נאך די חתונה, מיין ווייב האט זיך נישט געשוירן ביי די חתונה, זאל איך פארלאנגען זי זאל זיך שערן? עס וועט מיר זיין זייער שווער איך וועל אבער טון וואס דער דער ראש ישיבה וועט הייסן.


אויך דארף איך אן עצה וועגן איינער א אינגערמאן א מנוול וואס האט זיך אנגעטשעפעט אין מיר און וויל טון מיט מיר שמוץ, ער הייסט א וואוילער מענטש און איך האב נישט די שטארקייט אים אוועקצושטופן פון מיר, ווי אזוי ווער איך פטור פון אים?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו שטארקסט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות; דער רבי בלאזט אריין און אונזערע עצמות יבשות א פרישע גייסט.


מען ליינט מעשיות פון צדיקים ווי זיי האבן געהאט א כוח מחיה מתים זיין און מענטשן ווילן וויסן פארוואס היינט זעט מען נישט אזעלכע אפענע מופתים; ביים רבי'ן זעט מען די מופתים כסדר, דער רבי נעמט א מענטש וואס איז שוין פון לאנג מיואש, ער דרייט זיך ארום טויט, און איינמאל ער הערט דעם קול פון רבי'ן הייבט ער אן לעבן, דאס איז ממש תחיית המתים.


דו בעסט מיר איך זאל דיר אויסשטעלן א סדר וואס צו לערנען; מיר בעטן ביים דאווענען: "וְתֵן חֶלְקֵנוּ בְּתוֹרָתֶךָ", יעדער מענטש האט זיין חלק אין די תורה, איינעם ציט מער הלכה, איינעם ציט מער אגדה - יעדער איינער האט זיך זיין חלק אין דער תורה. הדבר הראשון זאלסטו יעדן טאג לערנען חומש רש"י מיטן תרגום; זונטאג זאלסטו לערנען ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. נאכדעם מאך דיר א שיעור אין משניות; דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן אז ער זאל יעדן טאג זאגן ח"י פרקים משניות און ר' נתן האט דאס מקיים געווען זיין גאנץ לעבן, אויך האט דער רבי געזאגט לכמה אנשי שלומינו זיי זאלן זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג (עיין שיחות הר"ן סימן קפה). מוהרא"ש האט געזאגט אז ווען ער איז אנגעקומען צו דעם שיחה האט ער געטראכט צו זיך: 'איך וויל אויך זיין פון די כמה אנשי שלומינו פאר וועם דער רבי האט געגעבן דעם תיקון'.


נאכדעם זאלסטו זען צו לערנען גמרא יעדן טאג, הייב אן ש"ס מסכת ברכות און גיי כסדרן לכל הפחות א בלאט גמרא יעדן טאג. דער גאון רבי שעפטל א זון פון דעם הייליגן של"ה זכר צדיק לברכה ברענגט אין זיין צוואה (סוף ספר יש נוחלין, דפוס אמשטרדם) אז לערנען גמרא איז א חיוב פארן מענטש אזוי ווי לייגן טלית און תפילין, עיין שם.


אויך זאלסטו דיר מאכן א שיעור אין הלכה; אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלֹּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען אן הלכה, אפילו נישט כסדרן וואו מען האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ"שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


בענין צי דו זאלסט פארלאנגען פון דיין ווייב זי זאל זיך אפשערן איר האר וכו', נאכדעם וואס נאך די חתונה האסטו נישט געוואלט זי זאל זיך אפשערן, אזוי ווי דו שרייבסט אז עס איז דיר שווער דאס צו טון, אבער אויב דער ראש ישיבה הייסט וועסטו דאס טון; איך וועל דיר מעתיק זיין א שטיקל זוהר וועסטו שוין אליינס זען די פארלוסטן וואס האר ברענגט און די רווחים צו וואס מען איז זוכה ווען מען נעמט אראפ די האר.


דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען; 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין ביי איר אין שטוב, 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס". און פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


וואס נאך איז דא צוצולייגן אויף די ווערטער פון דעם הייליגן זוהר...


ביי ערליכע אידן איז מען זייער מקפיד אז די פרוי זאל זיך אינגאנצן אפשערן איר האר, אזוי ארום איז נישט דא קיין שום חשש אז איר האר וועט זיך ארויס זען; א טייל גייען מיט א טיכל, א טייל גייען מיט א שייטל, אבער דער עיקר איז אז מען גייט נישט מיט די אייגענע האר.


געלויבט דעם אייבערשטן אז עס זענען דא צענדליגער טויזנטער ערליכע פרויען וואס שערן זיך אפ נאך די חתונה און זיי שעמען זיך נישט פון קיינעם; נישט נאר זיי שעמען זיך נישט פון קיינעם, נאר אדרבה, דאס איז זייער שטאלץ און פראכט אז מען פירט זיך בצניעות, און דאס איז די שענסטע זאך פאר אונז אידן; פון וועמען זאלן מיר זיך שעמען מיט אונזער צניעות?


דיין דריטע שאלה פארשטיי איך נישט; וואס איז בכלל דיין שאלה צי דו זאלסט האבן שייכות מיט א מניוול, לאז דיך אפ פון דעם איש טמא און גיי נישט אריין צו יענעם אין בית המדרש. וויי איז פארן דור אז עס דרייען זיך ארום קראנקע מענטשן וואס זענען מטמא קינדער וכו' מיט מעשי תועבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#388 - ווי אזוי דינט מען דעם אייבערשטן שלא לשמה?
ספיקות, עבודת השם, תמימות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א יישר כח פאר'ן אוועקגעבן פון אייער טייערע צייט צו ענטפערן מיינע שאלות. איך האב געוואלט פרעגן עטליכע שאלות בעניני עבודת ה'.


א. מעג מען דינען דעם אייבערשטן מיט'ן ציל אנצוקומען צו מדריגות און רוח הקודש, דער רבי זאגט (ספר המדות, אמת אות א') "מִי שֶׁרוֹצֶה לְדַבֵּק אֶת עַצְמוֹ בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, עַד שֶׁיֵּלֵךְ בְּמַחֲשַׁבְתּוֹ מֵהֵיכָל אֶל הֵיכָל וְיִרְאֶה אֶת הַהֵיכָלוֹת בְּעֵינֵי הַשֵּׂכֶל, יִשְׁמֹר אֶת עַצְמוֹ מִלּוֹמַר שֶׁקֶר אֲפִלּוּ בְּטָעוּת", אויך פלעגט מוהרא"ש זאגן אז ווען מ'האט אינזין דאס גאנצע דאווענען איז מען זוכה צו רוח הקודש, אויך ביי די תפלה וואס מ'זאגט ביי כתר אין די ימים נוראים קען מען דארט מתפלל זיין אויף רוח הקודש. פון די אנדערע זייט האב איך געזען אין ספר אוהב ישראל (ליקוטים פרשת ויקרא) אז ער האט געזען ערליכע אידן וואס זענען משוגע געווארן און אריינגעפאלן אין א מרה שחורה ווייל זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן נאר צוצוקומען צו מדריגות, און אזוי ווי זיי זענען נישט אנגעקומען דערצו, זענען זיי אינגאנצן צופאלן דערפון. איז וואס איז דער ריכטיגער וועג? מעג מען אינזין צו דינען דעם אייבערשטן כדי אנצוקומען צו מדריגות און רוח הקודש?


ב. מען זעט אין חז"ל אז מ'מעג דינען דעם אייבערשטן שלא לשמה, אויך האב איך געזען שטיין אז מען קען נישט צוקומען בכלל צו לשמה, נאר דורכ'ן טון קודם שלא לשמה, ס'שטייט אבער אין ספר חסידים (סימן מ"ו) אז מ'זאל נישט דינען דעם אייבערשטן סתם אן טראכטן גארנישט, כמצות אנשים מלומדה, נאר מ'זאל טאקע אינזין האבן אז מ'טוט עס מאהבת השכר ומיראת העונש, און אזוי זעט אויך אויס אין שלחן ערוך הרב (הלכות תלמוד תורה סימן ד' סעיף ג').


איז די שאלה צי מ'קען איינמאל פאר אלעמאל טראכטן אז ווען מ'דינט דעם אייבערשטן וועט דאס זיין מיראת העונש ומאהבת השכר, אדער דארף מען עס עקסטער אינזין יעדעס מאל ווען מ'טוט א מצוה אדער מ'האלט זיך צוריק פון אן עבירה?


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר דארף א מענטש שטרעבן צוצוקומען צו דינען דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות; צו זיין א פשוט'ער איד, מקיים זיין אלע מצוות פון באשעפער בשמחה און לערנען אסאך תורה; ענדיגן חמשה חמשה תורה, נביאים, כתובים, ששה סדרי משנה, בבלי, ירושלמי, תוספתא, אלע מדרשים, שלחן ערוך וכו' וכו'.


אויך דארף מען שטרעבן צוצוקומען צו שפירן דעם אייבערשטן און לעבן מיטן אייבערשטן; דאס איז רוח הקודש.


רוח הקודש מיינט מען נישט אז מען קען זען וואס טוט זיך ביי יענעם פריוואט, רוח הקודש איז ווען דער מענטש לעבט מיטן אייבערשטן, ער טראכט פונעם אייבערשטן, ער רעדט צום אייבערשטן און ער גייט צום אייבערשטן ווען עפעס באדערט אים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כא): "וְרוּחַ הַקּדֶשׁ נִקְרָא עַל שֵׁם הַחָכְמָה, שֶׁהִיא רוּחַ חָכְמָה הַבָּא מִקּדֶשׁ כַּיָּדוּעַ", וואס איז רוח הקודש? א ווילן וואס קומט פון קדושה; ווען א מענטש איז פרייליך, ער גייט ארום מיט א אויפגעלייגטע גוסטע און ער גלייבט אינעם אייבערשטן, ער ווייסט קלאר אז קיינער קען אים גארנישט טון - קיינער קען אים נישט גוטס טון און זיכער נישט שלעכטס טון - דאס איז רוח הקודש, און דאס איז די גרעסטע מדריגה צו וואס מען קען צוקומען.


אזוי אויך ווער עס קוקט גוט אויף א צווייטן איד, ער איז דן לכף זכות יעדן איינעם - דער האט רוח הקודש, אזוי ווי מיר געפונען אז ווען עלי הכהן האט חושד געווען חנה – די מאמע פון שמואל הנביא אז זי איז אנגעטרינקען וכו', האט אים חנה געזאגט (שמואל-א א, טו): "וַתַּעַן חַנָּה וַתֹּאמֶר, לֹא אֲדֹנִי" זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (ברכות לא:): "אָמַר עוּלָא וְאִיתֵּימָא רַבִּי יוֹסֵי בַּר חֲנִינָא: אָמְרָה לֵיהּ: לֹא אָדוֹן אַתָּה בְּדָבָר זֶה וְלֹא רוּחַ הַקֹּדֶשׁ שׁוֹרָה עָלֶיךָ, שֶׁאַתָּה חוֹשְׁדֵנִי בְּדָבָר זֶה", דו האסט מיר געוויזן אז דו האסט נישט קיין רוח הקודש ווייל דו ביסט מיר חושד מיט דעם, "אִיכָּא דְּאָמְרֵי הָכִי אָמְרָה לֵיהּ: לֹא אָדוֹן אַתָּה לַאו אִיכָּא שְׁכִינָה וְרוּחַ הַקֹּדֶשׁ גַּבָּך, שֶׁדַּנְתַּנִי לְכַף חוֹבָה וְלֹא דַּנְתַּנִי לְכַף זְכוּת", די שכינה רוט נישט ביי דיר און דו האסט נישט קיין רוח הקודש, ווייל דו ביסט מיר נישט דן לכף זכות; זעט מען פון דעם אז ווער עס איז נישט חושד א צווייטן איד נאר ער איז יעדן איינעם דן לכף זכות, ער קוקט גוט אויף א צווייטן - דער האט רוח הקודש.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן עב): ווען מען קומט צום צדיק פאלט אויפן מענטש א שפלות; מען הייבט אן זען ווער מען איז, וואס מען האט אלס אפגעטון אין לעבן און וויפיל מען דארף נאך מתקן זיין. מען וויל נישט גארנישט, מען וויל נאר טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן און מען פריידט זיך מיט די מצוות וואס מען טוט; גלייב מיר, דאס איז אסאך גרעסער פון אלץ.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "איך בין צוגעקומען צו אלע מיינע מדריגות נאר ווייל איך האב זיך געפירט בתמימות ובפשיטות"; און דער רבי האט זייער ליב געהאט די אידן וואס זאגן אסאך תהילים און תחינות, אזוי ווי ר' נתן ברענגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קד): "הָיָה אוֹהֵב מְאֹד אֶת הָעֲבוֹדוֹת הַפְּשׁוּטוֹת שֶׁל סְתָם בְּנֵי אָדָם הָאֲנָשִׁים הַפְּשׁוּטִים הַכְּשֵׁרִים, וְהָיָה אוֹהֵב מְאֹד מִי שֶׁיָּכוֹל לוֹמַר הַרְבֵּה תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת בְּתוֹך הַסִּדּוּרִים הַגְּדוֹלִים כְּדֶרֶך הַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים", דער רבי האט זייער געהאלטן פון פשוט'ע אידן וואס לעבן מיטן אייבערשטן בתמימות ובפשיטות.


דער הייליגער ר' נתן האט געזאגט פאר ער איז נסתלק געווארן: "איך זאל זאגן איך האב נישט גענוג געלערנט - געלויבט דעם אייבערשטן איך האב געלערנט גענוג, אויך געדאווענט, אבער איין זאך ווייס איך נישט צי איך האב געפאלגט דעם רבי'ן - מיט תמימות..."


לאז אפ דיינע חכמות און נארישקייטן, גיי אויף די וועגן פון רבי'ן וועסטו ממילא זוכה זיין צו אלע מדריגות.

#387 - ווי אזוי ווייסט מען אויב מ'האט יוצא געווען אדער נישט?
ספיקות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די חיזוק יומי און די שיעורים, דאס איז מיר זייער מחזק.


איך בין א בחור אין די יארן, און איך מוטשע זיך זייער אין עבודת ה', איך בין אלעמאל פיל מיט ספיקות אויב איך טו ריכטיג אדער נישט, אויב כ'האב יוצא געווען די מצוה ווי עס דארף צו זיין אדער נישט. יעדן טאג האב איך יסורים ווייל איך ווייס נישט אויב די תפלין ליגט מיר אויפ'ן קאפ אויף די ריכטיגע פלאץ, איך האלט אין איין פרעגן אנדערע בחורים אויב די תפלין ליגט מיר גוט אויפ'ן קאפ. ביים דאווענען קען איך אסאך מאל נישט ענדיגן די גאנצע זייענדיג מסופק אויב כ'האב געזאגט ריכטיג יעדעס ווארט. און בכלל ביי יעדע זאך בין איך פול מיט ספיקות, און איך קען נישט מחליט זיין קיינמאל וואס צו טון.


איך האף איר וועט מיר קענען געבן אן עצה און חיזוק, צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיך לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן - דאס זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס זענען בלויז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "דְּהַיְנוּ מַה שֶׁחוֹשֵׁב וְחוֹקֵר וּמְדַקְדֵּק בְּיוֹתֵר, אִם הוּא יוֹצֵא כָּרָאוּי בַּמֶּה שֶׁעוֹשֶׂה", דאס וואס מען טראכט צי מען איז יוצא די מצוה וואס מען טוט - צי נישט; מען איז מדקדק און מען האלט אין איין אריין טראכטן: 'אפשר בין איך נישט יוצא, אפשר בין איך יא יוצא', דאס אלעס ברענגט דערצו אז דער מענטש זאל אלעס אפלאזן רחמנא לצלן.


דער רבי זאגט: "כִּי בָּשָׂר וָדָם אִי אֶפְשָׁר לוֹ שֶׁיֵּצֵא יְדֵי חוֹבָתוֹ בִּשְׁלֵמוּת", א מענטש קען נישט יוצא זיין די מצוות פונעם אייבערשטן בשלימות, 'וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא' וְכוּ'", און דער אייבערשטער זוכט נישט א וועג ווי אזוי ער קען אונז כאפן און אויפווייזן אז מיר קענען נישט טון די מצוות, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן, "וְלֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", און נישט פאר קיין מלאכים, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - זיי האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין, וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט און לעבן אלץ אין ספיקות, די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


ר' נתן זאגט דארט: "וְהוּא בְּעַצְמוֹ אֵינוֹ מַחְמִיר שׁוּם חֻמְרָא כְּלָל", דער רבי האט נישט געהאט קיין שום חומרות; ווייל דער גרעסטער חכמה איז צו דינען דעם אייבערשטן בפשיטות, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וּבֶאֱמֶת, אַחַר כָּל הַחָכְמוֹת, אֲפִילּוּ מִי שֶׁיּוֹדֵעַ חָכְמוֹת בֶּאֱמֶת, אַחַר כָּל הַחָכְמוֹת צָרִיך לְהַשְׁלִיך כָּל הַחָכְמוֹת וְלַעֲבֹד אֶת ה' בִּתְמִימוּת בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וְזֶה הִיא הַחָכְמָה הַגְּדוֹלָה שֶׁבְּכָל הַחָכְמוֹת, לִבְלִי לִהְיוֹת חָכָם כְּלָל כִּי בֶּאֱמֶת אֵין חָכָם בָּעוֹלָם כְּלָל 'וְאֵין חָכְמָה וְאֵין תְּבוּנָה נֶגְדּוֹ יִתְבָּרַך'".


וואויל איז דעם מענטש וואס טוט אן תפילין יעדן טאג און איז זיך מחיה מיט דעם, ער טאנצט זיך אונטער בשעת'ן אנטון די תפילין; ביי מוהרא"ש האט מען געקענט זען ווען ער פלעגט אנטון די תפילין, ווי בשעת ער האט געמאכט די ברכה האט ער זיך אונטער געטאנצן, ממש אזוי ווי איינער וואס האט יעצט געוואונען א ריזן סומע געלט.


דאס זעלבע זאג איך דיר, אנשטאט דו זאלסט זיך אויפעסן צי די תפילין שטייט דיר גראד אויפן קאפ, זע אז דיין קאפ זאל דיר שטיין גראד; טאנץ פאר שמחה אז דו ביסט זוכה אנצוטון תפילין, אזוי אויך ווען דו דאווענסט זאלסטו זיך פרייען אז דו האסט די זכיה צו רעדן צום מלך מלכי המלכים, לאז אפ דיינע מחשבות וואס מאטערן דיך צי דו האסט יא געזאגט גוט די ווערטער צי נישט; דער עיקר טאנץ פאר שמחה אז דו קענסט רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#386 - איך האב גע'גנב'ט אלס קינד, ווי אזוי קען איך דאס באצאלן?
תפילה והתבודדות, שאלות, תפלות אויף אידיש, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, איך לעב ממש אן אנדער לעבן מיט אייערע עצות, איך פרובירט צו רעדן צום אייבערשטן, און איך האב שוין געענדיגט דריי מאל משניות.


איך האב געוואלט פרעגן אזוי ווי אלס קינד פלעג איך אסאך גנב'ענען פון געשעפטן, און למעשה ווייס איך נישט יעצט וויפיל איך האב גע'גנב'ט, אויך האט דער געשעפט שוין אן אנדערער באלעבאס, איך וויל נישט דארפן מגולגל ווערן חס ושלום, איך ווייס אבער נישט פון וועמען און וויפיל איך האב גע'גנב'ט.


אויך דארף איך אן עצה אויף התבודדות, ווען איך מאך שוין אפ אז איך גיי גיין אויף שפאציר צו רעדן צום אייבערשטן, ווער איך זייער אומגעדולדיג, וואס קען איך טון צו האבן א געשמאק צו רעדן צום אייבערשטן?


א גרויסן יישר כח, משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און מסיים זיין גאנץ 'ששה סדרי משנה' און דו האלסט שוין ביים דריטן סיום; דאס וואשט אויס דעם מענטש פון אלע שלעכטע מעשים, און מען באקומט א נייע נשמה.


אויב דו געדענקסט פון וועם דו האסט גע'גנב'ט זאלסטו מקיים זיין (ויקרא ה, כג): "וְהֵשִׁיב אֶת הַגְּזֵלָה אֲשֶׁר גָּזָל", אז דו ווייסט נישט וויפיל, זאלסטו פרעגן דעם מענטש וויפיל דו זאלסט אים געבן. אויב דו ווייסט נישט פון וועם דו האסט גע'גנב'ט, אויף דעם זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ביצה כט.): "גָּזַל וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ לְמִי גָּזַל, יַעֲשֶׂה מֵהֶן צָרְכֵי רַבִּים", ווען א מענטש האט גע'גנב'ט פון מענטשן און ווייסט נישט פון וועם ער האט גע'גנב'ט זאל ער טון צרכי רבים; ר' נתן זאגט (ליקוטי הלכות ברכת השחר הלכה ה, אות לו): עס איז נישט דא א גרעסערע צרכי רבים ווי דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים וואס זענען מחי' ומחזק די גאנצע וועלט, און עס ברענגט צוריק צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דעריבער, אז דו ווילסט מתקן זיין דאס וואס דו האסט גע'גנב'ט וכו', זאלסטו דרוקן דעם היליגן רבינ'ס ספרים, בפרט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, וואס דאס איז דעם רבינ'ס ווערטער אראפ געברענגט אויף א וועג אז יעדער זאל דאס קענען פארשטיין און ארויס נעמען פון דעם חיזוק און עצות אויף עבודות השם. אז דו וועסט דאס דרוקן וועט דאס זיין א תיקון אויף וואס דו האסט אוועק גענומען פונעם רבים, ווייל דאס האט שוין אפגעראטעוועט צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה בזה הלשון: "אִיךְ זָאג צוּ אַז וֶוער עֶס וֶועט דְרוּקְן אַ בַּאנְד פוּן "אַשֶׁר בַּנַּחַל" וֶועט זֶען אַ גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה פוּן הִימְל. דִי בְּרִיוְון הָאבְּן שׁוֹין גֶערַאטֶעוֶועט צֶענְדְלִיגֶע טוֹיזְנְטֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, אוּן וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס וֶועט הָאבְּן אַ חֵלֶק אִין דָאס אָפְּדְרוּקְן".


בנוגע אן עצה אויף התבודדות, אז יעדעס מאל דו גייסט ארויס אויף א שפאציר רעדן צום אייבערשטן ווערסטו אומגעדולדיג; קודם כל דארפסטו וויסן אז דאס אליינס, אז מען גייט אויף א פלאץ רעדן צום אייבערשטן - אפילו מען רעדט נישט - איז זייער חשוב ביים אייבערשטן (עיין שיחות הר"ן, סימן רעה), דאס אליינס אז מען וויל זיך אויסרעדן, איז אויך חשוב ביים אייבערשטן.


מאך פון דעם אליינס א תפילה; בעט דעם אייבערשטן אויף דעם אליין: "רבונו של עולם, איך דארף אן עצה צו קענען רעדן צו דיר. יעדעס מאל ווען איך וויל רעדן צו דיר ווער איך אומגעדולדיג, העלף מיר איך זאל האבן א קלארע אמונה, איך זאל שפירן ווי דו ביסט מיט מיר און אזוי וועל איך רעדן צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#385 - קענט איר מיר קלאר מאכן עטליכע שאלות בנוגע זאגן משניות?
צניעות, לימוד התורה, משניות, תשעה באב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א יישר כח פאר'ן אוועקגעבן פון אייער טייערע צייט צו ענטפערן מיינע שאלות. איך האב געוואלט פרעגן עטליכע שאלות איבער לימוד משניות.


א. אזוי ווי ס'איז באקאנט די סגולה פון זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג, עס הרג'ט דעם יצר הרע און שלעפט ארויס דעם מענטש פון זיינע שלעכטע מעשים, מוהרא"ש שרייבט (אשר בנחל, חלק מ"ו, ח'רפ"א) אז דאס וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן י"ט) אז מ'זאל לערנען יעדן טאג "כך וכך", דאס גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות, וויל איך וויסן צי דאס מיינט דוקא אז מ'מוז יעדן טאג באזונדער זאגן ח"י פרקים, און עס ענדיגן פאר ס'ווערט נאכט, אדער מיינט דאס בכלליות אז מ'זאל ענדיגן גאנץ ששה סדרי משנה יעדן חודש? איך פארשטיי אז משניות האט סגולות סיי וויפיל און וויאזוי מען זאגט עס, איך וויל נאר וויסן לגבי דעם ענין פון ח"י פרקים א טאג.


ב. ווען מ'זאגט ח"י פרקים משניות יעדן טאג, ענדיגט מען משניות אין 29 טעג, וואס לערנט מען אינעם דרייסיגסטן טאג פון א חודש וואס האט דרייסיג טעג?


ג. תשעה באב וכדומה, ווען מ'טאר נישט לערנען צוליב אבילות, מעג מען זאגן ח"י פרקים משניות? ובפרט איינער וואס איז געוואוינט דאס צו זאגן יעדן טאג? אויך וויל איך וויסן צי מ'מעג דעמאלט לערנען דעם רבינ'ס ספרים, אפשר גייט עס אריין אין כלל פון ספרי מוסר וואס די פוסקים זענען דן איבער דעם אז מ'מעג דאס אפשר לערנען אום תשעה באב.


ד. איך ארבעט אויף א פלאץ וואו עס דרייען זיך דארט נישט צניעות'דיגע און נישט אידישע פרויען, ובפרט אין די זומער, מעג מען דארט זאגן משניות, אדער תהלים און נ"ך וכדומה? און די זעלבע אויך ווען מ'ווארט אויף א באס אויפ'ן גאס וכדומה נעבן נישט צניעות'דיגע פרויען, מעג מען דארטן לערנען?


איך האף אז איר וועט מיר דאס אלעס קענען קלאר שטעלן. א גרויסן יישר כח, עקיבא

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד עקיבא נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן זכרונו לברכה ער זאל יעדן טאג זאגן "ח"י פרקים משניות", אויך האט דער רבי געזאגט פאר עטליכע פון אנשי שלומינו זיי זאלן זאגן יעדן טאג "ח"י פרקים משניות" (עיין שיחות הר"ן סימן קפה). אזוי אויך האט דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו געהייסן מען זאל יעדן טאג זאגן "ח"י פרקים משניות" אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זיין ספר ליקוטי תורה (הדרכה ו): "תֹּאמַר "ח"י פרקים משניות" בְּלִי פֵּירוּשׁ בְּכָל יוֹם, כְּדַי שֶׁתִּגְמוֹר בְּכָל חוֹדֶשׁ כָּל הַשִּׁשָּׁה סְדָרִים; כֵּן תִּנְהַג כָּל יְמֵי חַיֶּיךָ", אויך ווערט געברענגט פונעם הייליגן מהר"ם פאפירש (אור צדיקים סימן כב, אות יא): "טוֹב לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת בְּכָל יוֹם, וְאִם אֶפְשַׁר שֶׁיַּשְׁלִים חַ"י פְּרָקִים בְּכָל יוֹם, נֶגֶד חַ"י עוֹלָמוֹת מַה טוֹב וּמַה נָעִים", עס איז זייער גוט מען זאל יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות, "יְהִי חֶלְקִי עִמּוֹ", איך וויל האבן א חלק מיט זיי, "כִּי הוּא תִּיקוּן גָּדוֹל לִפְגַם הַבְּרִית, סוֹד אֵל חַי", ווייל מיטן זאגן אכצן פרקים משניות איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען אין די חטא פון פגם הברית, "וְיֶשׁ לָהֶם גַּם כֵּן סְגוּלָה לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע", אויך האט דאס א סגולה צו הרג'נען דעם יצר הרע, "גַּם סְגוּלָה לְהַמְשִׁיך נְשָׁמָה, שֶׁהִיא אוֹתִיּוֹת מִשְׁנָה", אויך האט דאס א סגולה צו ברענגען א ריינע נשמה אויפן מענטש.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אפילו א מענטש וואס איז אריין געפאלן אין עבירות רחמנא לצלן; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, יהי' מה שיהי', וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיין פלאנטער און ער וועט ווערן אן ערליכער איד"; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דער שיחה גייט ארויף אויף "ח"י פרקים משניות". אפילו איינער איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג: "ח"י פרקים משניות", וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


עס איז נישט שווער צו זאגן "ח"י פרקים משניות" יעדן טאג, מען קען דאס איינטיילן דורכן טאג אויף דריי טיילן: זעקס פרקים אינדערפרי, זעקס פרקים נאכמיטאג און זעקס פרקים ביינאכט. עס דארף נישט געזאגט ווערן דוקא בייטאג וכו', נאר ווען מען האט אביסל צייט בייטאג אדער ביינאכט זאל מען אריין כאפן נאך א פרק משניות און נאך א פרק משניות ביז מען וועט אנקומען צו: "ח"י פרקים משניות".


מוהרא"ש פלעגט זיך שטענדיג בארימען: "ווי אזוי זעט מען אויף א אינגערמאן צי ער איז א תלמיד "היכל הקודש?" אויב ער דרייט זיך מיט א קליינע משניות'ל אין טאש, און ווען ער האט אפאר איבעריגע מינוט, כאפט ער אריין נאך א פרק און נאך א פרק - דאס איז א סימן פון א תלמיד 'היכל הקודש'".


אז מען זאגט יעדן טאג "ח"י פרקים משניות" איז מען זוכה מסיים צו זיין יעדן איינציגן חודש גאנץ "ששה סדרי משנה". אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, ווייל די ווערטער פון די תורה רייניגט דעם מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.): "אָמַר רָבָא, לְעוֹלָם לִיגְרִיס אִינִישׁ וְאַף עַל גַּב דִמְשַׁכַּח, וְאַף עַל גַּב דְּלֹא יָדַע מַאי קָאָמַר", א מענטש זאל לערנען די הייליגע תורה אפילו ער פארגעסט וואס ער לערנט, און אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, נאך זאגן די הייליגע חכמים (שבת סג.): "לִיגְמֹר אִינִישׁ וְהָדַר לִיסְבֹּר", קודם דארף מען אסאך זאגן די ווערטער, און נאכדעם קומט מען שוין צו פארשטיין.


אסאך תלמידי היכל הקודש לערנען משניות מיטן חודש. דאס הייסט, זיי הייבן אן יעדן ראש חודש נאכאמאל ששה סדרי משנה; א' לחודש זאגט מען גאנץ מסכת ברכות, גאנץ מסכת פאה און די ערשטע פרק פון דמאי, ב' לחודש גייט מען ווייטער מיט מסכת דמאי, גאנץ מסכת כלאים און די ערשטע דריי פרקים פון שביעית, און אזוי ווייטער ביז מען איז מסיים יעדן חודש גאנץ ששה סדרי משנה, און ווען מען האלט ביי א חודש וואס האט דרייסיג טעג מאכן זיי זיך א באזונדערע שיעור אין משניות, דאס לערנען זיי יעדע חודש מלא דעם דרייסיגסטן טאג.


עס זענען דא תלמידי היכל הקודש וואס גייען נישט ממש אויפן טאג פונעם חודש, נאר גייען אויף זייער אייגענע סדר; יעדן טאג זאגט מען "ח"י פרקים משניות" - יעדער איינער וואו ער האלט, מען קוקט נישט אויף נעכטן און מען טראכט נישט פונעם מארגן, נאר מען לעבט מיטן היינטיגן טאג - יעדן טאג פראבירט מען אריין צו כאפן אביסל תורה; יעדער מענטש האט זיך זיין וועג ווי ער איז מער מצליח, דעריבער איז נישט כדאי צו קוקן אויף א צווייטן.


בנוגע צי מען קען זאגן ח"י פרקים משניות אום תשעה באב; תשעה באב טאר מען נישט לערנען, אזוי ווערט גע'פסק'עט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן תקנד, סעיף א) ווייל תורה מאכט פרייליך דעם מענטש, און תשעה באב איז א טאג וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש, אבער די פוסקים זאגן (עיין נטעי גבריאל סימן עה, סעיף קטן יט) אז נאכמיטאג קען מען לערנען שיעורם כסדרן; דער וואס לערנט יעדן טאג זיינע שיעורים קיבועים, מקרא, משנה, גמרא וכו' וכו', מעג עס לערנען תשעה באב נאכמיטאג.


אז מען רעדט שוין פון לערנען משניות תשעה באב, איז כדאי צו דערמאנען וואס דער הייליגער בני יששכר זאגט (חודש תמוז אב - מאמרי חדשי תמוז אב, מאמר ב): "סַך כָּל הַשָּׁעוֹת מִן הכ"ב יָמִים הֵם תקכ"ח", די שעות פון די דריי וואכן איז סך הכל פינף הונדערט אכט און צוואנציג, "עַל כֵּן יֶשׁ בַּמִּשְׁנָיוֹת תקכ"ח פְּרָקִים מִנְיַן מַפְתֵּ"חַ", דערפאר איז דא אין ששה סדרי משנה פינף הונדערט אכט און צוואנציג פרקים, "כְּמִנְיַן מַפְתֵּחַ הַגְּאֻלָּה", ווייל דאס איז דער שליסל מיר זאלן דורכדעם ארויס גיין פון גלות, וואס דאס איז אנטקעגן די פינף הונדערט אכט און צוואנציג שעה פון די דריי וואכן וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין הַגָּלֻיּוֹת מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת הַמִּשְׁנָיוֹת", משיח וועט קומען נאר אינעם זכות פון די וואס לערנען משניות, "וּכְשֶׁמְדַבְּרִין וְשׁוֹנִין בְּמוֹ פִינוּ הַתּוֹרָה שֶׁבְּעַל פֶּה, אֲזַי נִפְתַּח הַסָּתוּם", ווען מען חזר'ט משניות וועט געעפנט ווערן די פארמאכטקייט פון אונזער גלות, אזוי ווי עס שטייט (הושע ח, י): "'גַּם כִּי יִתְנוּ בַגּוֹיִם עַתָּה אֲקַבְּצֵם', לָשׁוֹן מַתְנִיתִין", יתנו איז א לשון פון משניות, אז מען וועט לערנען משניות אין גלות, "עַתָּה אֲקַבְּצֵם", וועט אונז דער אייבערשטער אויסלייזן; זעט מען דאס גרויסקייט פון לערנען משניות, בפרט יעצט אין די טעג וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש, און דאס וועט ברענגען די גאולה.


בנוגע צי מען מעג לערנען ווען מען ווארט אויף א באס וכו'; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית י:): "שְׁנֵי תַּלְמִידֵי חֲכָמִים שֶׁמְהַלְּכִים בַּדֶּרֶך, וְאֵין בֵּינֵיהֶן דִּבְרֵי תּוֹרָה, רְאוּיִין לִישָׂרֵף", ווען מען איז אונטערוועגנס און מען לערנט נישט איז מען ראוי פארברענט צו ווערן; ווען א מענטש איז אונטערוועגנס, אויפן טרעין אדער אויפן באס, אויב האט ער נישט מיט זיך א ספר; א משניות, א חומש, אדער א תהילים וכדומה, וועט ער פארברענט ווערן פון דעם יצר הרע. נישט נאר מען מעג לערנען אונטערוועגנס, נאר אן דעם איז נישט מעגליך צו בלייבן א איד, בפרט זוממער ווען מען פארט מיט די שטאטישע באסעס, טרעינס וכדומה לזה, אויב נעמט מען נישט מיט א ספר מיט זיך ווערט מען פארברענט, נישט איין מאל נאר יעדע סקונדע. אזוי אויך ווען מען ארבעט אין א פלאץ מיט גוים וכו' און מען וויל ניצול ווערן פונעם יצר הרע, מען האט נסיונות וכו', זאל מען אנטלויפן צו די תורה, אזוי וועט מען געראטעוועט ווערן פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל אונז העלפן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן גלות.

#384 - וואס דארף מען קוקן ביי א שידוך?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן איבער די נושא פון שידוכים. איך האב זיך געמוזט גט'ן פון מיין ערשטע ווייב, ס'איז נישט געווען מעגליך צו לעבן מיר איר, און יעצט זוך איך א שידוך צום צווייטן מאל, און איך וויל וויסן אויף וואס מ'דארף קוקן ביי שידוך, וואס דארף מען זען צו וויסן אויב זי איז גוט פאר מיר?


א גרויסן ישר כח, ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ט תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען געדענקען וואס חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נָחוּת דַּרְגָּא וּנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה וועסטו טרעפען דיין שידוך; בדרך כלל איז א מענטש א בעל גאוה וכו', עס פאסט אים נישט צו נעמען שידוכים וואס מען טראגט אים אן און ער מאכט אלעס אוועק: 'איך דער גרויסער חכם וועל נעמען דאס?!' 'איך דער שיינער מענטש, דער קלוגער מענטש וועל חתונה האבן מיט אזאנס?!' אזוי דרייט מען זיך ארום וכו' זוכענדיג א שידוך וואס איז נאך נישט געבוירן געווארן; מען זוכט און מען זוכט, מען גייט ארויס זיך טרעפן וכו' אלץ מיט די כוונה אז אפשר וועט מען טרעפן א כלה וואס וועט קומען צו פארן אויף א ווייסע פערד מיט אנגעפילטע זעק מיט געלט וכו', מען ווארט עס זאל געבוירן ווערן אזא זיווג און מען כאפט נישט אז ביז דערווייל גייט אריבער אסאך צייט, און פלוצלינג דערזעט מען זיך פארעלטערט...


וואס איז די עצה? דער עצה איז טון וואס די הייליגע חכמים זאגן (יבמות סג.): "נָחוּת דַּרְגָּא וּנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה וועסטו טרעפען דיין שידוך, נישט זיין קלויבעריש. מען דארף זייער אכטונג געבן פון דעם פיינט וואס רופט זיך: "צייט", אזוי ווי עס גייט דער מאמר החכם: "הִזָּהֵר מִן הַזְמַן כִּי הוּא אוֹיֵב רָע מְּאֹד", אז מען וויל נישט אוועק לייגן די גאוה, נאר מען קלויבט זיך און מען קלויבט זיך, איז ביז מען כאפט זיך איז מען שוין פארעלטערט וכו'.


דעריבער זאלסטו זען ווי שנעלער חתונה האבן; חס ושלום בלייבן אליין, ווייל א מענטש ווען ער איז אליין קען ער נישט זיין אפגעהיטן פון עבירות. ר' נתן זאגט (ליקוטי הלכות יום הכיפורים, הלכה א, אות א): "מִי שֶׁאֵינוֹ נָשׂוּי - הוּא פָּגוּם בִּבְרִית", ווער עס איז נישט חתונה געהאט איז פגום בברית; דערפאר דארף מען וואס שנעלער חתונה האבן לשם שמים, זיך נישט וועלן און קלויבן.


מיר געפונען ביי די הייליגע חכמינו זכרונם לברכה (קידושין כט:) ווי רב חסדא האט אויסגערימט פאר רב הונא דאס גרויסקייט פון רב המנונא אז ער איז א גרויסע מענטש, האט רב הונא געבעטן רב חסדא: "איך וויל אים זען; ווען ער קומט צו דיר זאלסטו אים אהער שיקן". "כִּי אָתָא, חַזְיֵּיהּ דְּלָא פָּרִיס סוּדָרָא", ווען רב המנונא איז געקומען האט רב הונא געזען אז ער האט נישט קיין טלית, האט ער אים געפרעגט: "מַאי טַעְמָא לָא פְּרִיסַת סוּדָרָא?" פארוואס גייסטו נישט מיט קיין טלית, האט אים רב המנונא געענטפערט: "ווייל איך האב נאך נישט חתונה געהאט", "אַהֲדְרִינְהוּ לְאַפֵּיהּ מִינֵיהּ", האט רב הונא אוועק געדרייט זיין פנים פון אים און אים געזאגט: "חָזִי דְּלָא חֲזִית לְהוּ לְאַפֵּי עַד דְנָסְבַת", זאלסטו נישט קומען צו מיר, ווייל איך וויל נישט זען דיין פנים ביז דו האסט חתונה, ווייל: "בֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וְלֹא נָשָׂא אִשָּׁה - כָּל יָמָיו בְּעֲבֵירָה", אויב מען האט נישט חתונה פאר די צוואנציג יאר וועט מען א גאנץ לעבן טון עבירות, פרעגט די גמרא: "בְּעֲבֵירָה סַלְקָא דַּעְתָּך?!" ווי קען זיין מען וועט טון עבירות א גאנץ לעבן, איינמאל מען האט חתונה איז מען דאך אפגעהיטן פון עבירות, ענטפערט די גמרא: "אֶלָּא אֵימָא: כָּל יָמָיו בְּהִרְהוּר עֲבֵירָה", מען וועט א גאנץ לעבן האבן שלעכטע מחשבות; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף זיך צו איילן חתונה צו האבן, ווייל רב המנונא איז געקומען צו רב הונא, און ער האט נישט געוואלט קוקן אויף זיין פנים ווייל ער האט נישט חתונה געהאט.


איך ווארט צו הערן פון דיר א מזל טוב בקרוב.

#383 - דער מח פליעט מיר אוועק ביים דאווענען, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה?
תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א יישר כח פאר די ענטפער און חיזוק וועגן זיך האלטן צו א קבלה, דער בריוו האט מיר זייער מחזק געווען.


יעצט האב געוואלט פרעגן ווי אזוי מ'געבט זיך אן עצה מיט די מחשבות וואס לאזן נישט צורוה, בעיקר ביים לערנען און דאווענען. ווען איך הויב אן דאווענען הויבט מיר דער קאפ אן גלייך צו פליען אין אלע עקן וועלט, און אזוי אויך ביים לערנען קען איך זיך נישט צוזאמנעמען די מחשבה.


היינט האב איך אנגעהויבן דאווענען מיט א פעסטע החלטה אז איך גיי אינזין האבן די ווערטער, און א מינוט שפעטער טרעף איך זיך אין די אנדערע עק וועלט... ובפרט שלעכטע מחשבות וואס קומען ארויף פון יארן צוריק, ווי אזוי ווערט מען פטור פון דעם?


יישר כח, אהרן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס דיינע תפילות טוען אויף אויבן אין הימל - אפילו עס איז פול מיט מחשבות זרות און בלבולים וכו'.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קכב): ווען א מענטש דאווענט און עס קומט אים אריין פרעמדע מחשבות, איז די עצה 'זיך נישט וואוסענדיג מאכן דערפון', נאר ווייטער דאווענען ביז ער וועט זיך שטארקן איבער זיי, "כִּי אֵין צְרִיכִין לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל, רַק לֵילֵך כְּסֵדֶר בִּתְפִלָּתוֹ וְלִבְלִי לְהַבִּיט לַאֲחוֹרָיו כְּלָל, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יִסְתַּלְּקוּ מִמֶּנוּ", מען זאל נישט צוריק טראכטן פון וואס מען האט געטראכט וכו' נאר מען זאל ווייטער דאווענען כסדר, און זיי וועלן פון זיך אליינס אוועק גיין.


פונקט אזוי ווי ביי א מלחמה ווען מען האט צו טון מיט רוצחים, ווען עס קומט א גיבור און גייט אריין צווישן זיי, אזוי גייענדיג צווישן די רוצחים האקט ער אפ - דעם א האנט און דעם א פוס וכו' וכו', אזוי אויך זאגט דער רבי: "וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה כֵּן הוּא מַמָּשׁ בְּעִנְיַן הַתְּפִלָּה, שֶׁכְּשֶׁמִּתְפַּלְּלִין כְּסֵדֶר וְאֵין מַשְׁגִּיחִין עַל הַמַּחֲשָׁבוֹת זָרוֹת וְדוֹחִין אוֹתָם וּמַפִּילָם אֲזַי בְּדֶרֶך הִלּוּכוֹ בִּתְפִלָּתוֹ הוּא חוֹתֵך לָזֶה יָד וְלָזֶה רֶגֶל וְכוּ', כִּי כָל מַחֲשָׁבָה זָרָה הוּא קְלִפָּה, וְהִיא קוֹמָה שְׁלֵמָה, כַּמּוּבָא, וּכְשֶׁמִּתְגַּבֵּר לְהִתְפַּלֵּל כְּסֵדֶר וְלִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם אֲזַי הוֹרֵג אוֹתָם אוֹ חוֹתֵך מֵהֶם אֵיבָרִים אֵיבָרִים", אזוי אויך איז ווען עס קומען אריין בשעת'ן דאווענען שלעכטע מחשבות, וואס יעדע מחשבה איז א שלעכטע מלאך וואס ווערט באשאפן פון עבירות, ווען דער מענטש דאווענט ווייטער און ער קוקט נישט אויף די מחשבות זרות, דורכדעם האקט ער אפ פון די קליפות זייערע אברים, ביז ער איז זיי אינגאנצן מנצח.


ר' נתן האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקצ): "פַּעַם אַחַת הָיָה קוֹבֵל אִישׁ אֶחָד לְפָנָיו זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה אֵיךְ שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לְהִתְפַּלֵּל, כִּי הַמַּחֲשָׁבוֹת זָרוֹת מְבַלְבְּלִין אוֹתוֹ מְאֹד", אמאל איז געקומען א איד צום רבי'ן זיך באקלאגן אז עס איז אים שווער דאס דאווענען, ווייל די מחשבות לאזן אים נישט צורוה, "הֵשִׁיב לוֹ רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מְקַבְּלִין זֹאת לְכַפָּרַת עָוֹן, וְחִיֵּךְ קְצָת", האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט: "נעמט מען דאס אן פאר כפרת עוונות"; ר' נתן איז דאס מסביר (שם) אז אלע מחשבות זרות וואס קומען צום מענטש ביים דאווענען און ביים לערנען, דאס זענען זיינע אייגענע עבירות, און אז דער מענטש דערהאלט זיך, ער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, נאר ער ווייסט אז דער אייבערשטער האט אים ליב און וויל אים מקרב זיין און נעמט אן זיינע תפילות; ער האט צער פון די מחשבות, און יעדעס מאל וואס עס קומען אים אריין די מחשבות בעט ער דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, וועט דאס זיין פאר אים כפרת עוונות.


דעריבער זאלסטו נישט ווערן צעבראכן און אויפהערן דאווענען ווען דו זעסט ווי די שלעכטע מחשבות זענען זיך אויף דיר מתגבר און זיי לויפן דיר נאך; ממש ביי יעדע תפילה קומען זיי אן, אנגעהויבן ביי שחרית, מנחה און מעריב קומען זיי און לאזן דיר נישט דאווענען, אזוי אויך ווען מען טוט א מצוה קומען זיי און נעמען אוועק דעם מח מחשבה, זאלסטו נישט אפלאזן דאס דאווענען און קיום המצוות, נאר זאלסט ווייטער דאווענען מיט א שמחה. דו פראביר אינזין צו האבן וואס דו דאווענסט, און אפילו עס גייט דיר נישט און דו האסט נישט אינזין קיין איין ווארט און דיינע מחשבות פליען אוועק ווייט ווייט, דאך זאלסטו פראבירן מיט אלע דיינע כוחות ווייטער צו דאווענען און אינזין האבן וואס דו זאגסט ארויס מיט דיין מויל, און דו קענסט זיין זיכער אז דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון יעדעס ווארט וואס דו דאווענסט.


בעט דעם אייבערשטן פאר דו גייסט אין בית המדרש: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל דאווענען מיט כוונה. העלף מיר אז מיין מח זאל מיר נישט אוועק פליען בשעת'ן דאווענען צי בשעת איך טו אנדערע זאכן; יעדעס מאל מאך איך אפ מיט א פרישקייט אז 'היינט גיי איך דאווענען בכוונה' און איך טרעף מיר נאכן דאווענען אן אינזין האבן קיין איין ווארט. הייליגער באשעפער, האב אויף מיר רחמנות; איך וויל גארנישט, איך דארף גארנישט, נאר אביסלע נאנטקייט צו דיר, איך וויל דיר שפירן, איך וויל לעבן מיט דיר און נישט מסיח דעת זיין פון דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.