שאלה אין קורצן ענין
#2107 - ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון חובות?
חובות, פרנסה, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ס'איז באו מים עד נפש, איך פיל נישט קיין טעם אין לעבן, איך האב געוואלט גיין זיך נעמען דאס לעבן, אבער קודם מוז איך פרובירן. איך שרייב צום ראש ישיבה שליט"א ווייל עפעס אן עצה מוז זיכער זיין, און איך קען מער נישט.


איך האב נישט קיין פרוטה אין טאש. איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מען זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף וואס מען האט יא, אבער למעשה בין איך סטאק, איך האב פשוט גארנישט.


די חובות האלטן ביי מער פון פופצן טויזנט דאלער, און איך זע נישט אז עס זאל קענען ווערן מסודר. איך מאך התבודדות אויף פרנסה אבער איך האלט אין ערגעץ נישט.


איך ווייס אז אנדערע מענטשן האבן מער חובות פון מיר, אבער למעשה לעב איך אין די שווערע מצב, אן קיין וועג ארויס.


איך קען נישט שטערן דעם ראש ישיבה שליט"א מיט לאנגע בריוו, דאס האב איך אבער געמוזט שרייבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי הפצה וועסטו האבן שפע; נעם א זעקל ספרים, קונטרסים וכו' - און גיי אויף די הייזער מזכה זיין נשמות ישראל. מענטשן ווארטן אויף די ספרים, מענטשן געבן אזוי שיין צדקה פאר מפיצים, סיי דו וועסט עוסק זיין אין ברענגען די גאולה, צו ביאת המשיח, סיי דו וועסט פאררעכטן דיינע מעשים, אפגערעדט צו עולם הבא, און מתן שכרה בצדה – דו וועסט האבן פרנסה, וועסט קענען אהיים ברענגען געלט פאר דיין משפחה.


פון זיצן מיט פארלייגטע הענט און וויינען און קרעכצן - וועסטו נישט געהאלפן ווערן. מוהרא"ש זאגט, דער רבי האט אונז געגעבן א כלי ווי מען קען אריינלייגן די הענט און ארויסנעמען געלט; 'הפצה', לזכות נשמות ישראל מיט די עצות פון רבי'ן, די עצות וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט. אויסער וואס מען איז זוכה צו עולם הבא, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:), "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט, און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן; מען איז זוכה אהיים צו ברענגען פרנסה און נישט לעבן א לעבן פון שקר און חנופה, זיך מאכן ווי מען האט געלט און לעבן אויף קרעדיט קארדס און חובות.


עס העלפט נישט איבער רעכענען נאכאמאל און נאכאמאל וויפיל חובות מען האט, עס וועט דיר נישט העלפן, גיי טו עפעס. דער צדיק דער רש"ב מליובאוויטש זכותו יגן עלינו האט געזאגט א טייער ווארט: "טובה פעולה אחת מאלף אנחות", בעסער עפעס טון, ווי הונדערט קרעכצן; נעם א זעקל ספרים, און איך זאג דיר צו דו וועסט אהיים קומען מיט שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2106 - ווי אזוי לערנט מען אויס קינדער צו שפילן נאר איידל?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קדושה, קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי אזוי לערנט מען אויס פאר א דריי יעריג קינד זיך אכטונג צו געבן פון מענטשן?


די מעשה איז אזוי, מיין אינגל איז דריי יאר אלט, און ער האט א פעטער א אינגל פון עלף יאר אלט, און ווען זיי טרעפן זיך צוזאם וועט דער פעטער אלץ שפילן מיט אים דורכ'ן אנכאפן, אויפהויבן, און דאס גלייכן.


לעצטע וואך שבת האב איך זיך ממש אויפגערעגט, איך האב זיך פשוט דערשראקן ווי אזוי ער כאפט אים ארום, און איך האב אוועקגענומען מיין קינד, און דער פעטער האט זיך זייער פארשעמט, אבער פון דעמאלט ביז מוצאי שבת האט ער די גאנצע צייט נאר פרובירט אים אריינצושלעפן אין זייטיגע צימערן וואו איך זע נישט, אדער פארשפארן די טיר, און פארשטייט זיך אז בין געווארן זייער אנגעצויגן פון דעם, און געמוזט זיין פארנומען די גאנצע צייט צו קוקן און אכטונג געבן.


איך ווייס אז ער איז נאר עלף יאר אלט, אבער מיינט דאס שוין אז ער מעג שפילן נישט איידל מיט מיין קינד? וואס א חילוק ווי אלט ער איז?


איך וויל נישט אנשרעקן מיין קינד, איך וויל נישט ער זאל אויך ווערן אנגעצויגן, איך וויל נישט אז ער זאל מיר מורא האבן צו דערציילן, וואס קען איך טון?


איינמאל האב איך זיך אונטערגעהערט ווי זיי רעדן אין אן אנדערע צימער, איך האב געהערט ווי דער פעטער זאגט אים אז אויב וועט ער שפילן מיט אים און אים ארומנעמען וועט ער באקומען א קענדי. איך בין גלייך אריינגעשפרינגען און געזאגט פאר מיין קינד אז מיר האבן אויך קענדיס, און ער דארף אים נישט ארומנעמען צו באקומען א קענדי, אבער איך שפיר אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט דעם.


אפשר דארף איך רעדן צו זיינע עלטערן וועגן דעם? אפשר זענען די קינדער נאך צו יונג און עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם? אפשר איז מיין שרעק סתם איבערגעטריבן? איך ווייס אליין נישט, און איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רעדט צו דעם אינגל ער זאל זיך שפילן איידל, אז מען רעדט - פועל'ט מען, און אז עס פעלט אויס - רעדט מען נאכאמאל; זאגט אים שיינערהייט אז מען דארף זיך שפילן איידל, און אז דער אייבערשטער האט ליב ווען מען שפילט זיך איידל, ביז איר וועט פועל'ן.


מאכט נישט קיין פאניק און מאכט נישט קיין שרעק, און אז מען דארף אוועק נעמען די קינד פון זיך שפילן אומאיידל - זאל דאס זיין מיט חכמה, רואיג און געלאסן, דורך מאכן א שפיל אינאיינעם וואס איז איידל, שפילט אויך מיט ווען די קינדער שפילן, נישט שלעפן אדער דערשרעקן, וואס דאס איז אויך נישט גוט.


דער עיקר זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר אייערע קינדער זיי זאלן אויפוואקסן הייליג און ריין. נאר תפילה איז די עצה, מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטער אז איר זאלט זוכה זיין צו קינדער ערליכע אידן תלמידי חכמים.


בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך וואס וועלן אויסוואקן הייליג און ריין, רבונו של עולם נעם אן מיינע תפילות, געב מיר קינדער וואס וועלן זיין אפגעהיטן פון עבירות, קינדער וואס וועלן זיין דבוק צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#2105 - פארוואס ווילן נישט מיינע עלטערן מיר חתונה מאכן?
שידוכים, כיבוד אב ואם, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע געבן חיזוק פאר שידוכים. איך בין שוין איבער ניינצן יאר און מיינע עלטערן זענען נאך זייער רואיג, זיי הערן יעצט ממש נישט אויס קיין שידוכים.


איך וויל שטארק חתונה האבן, אבער איך קען זיי נישט זאגן, ווייל זיי ווארטן צו הערן די פארקערטע, אז איך יאג זיך בכלל נישט, און זיי מאכן חוזק פון די וואס ווילן שוין חתונה האבן, מיין גאנצע משפחה מאכט חוזק דערפון, און אויך מיינע עלטערע געשוויסטער, זיי זאגן אז טאקע זיי האבן שטארק געוואלט חתונה האבן, אבער למעשה איז די שענסטע זאך צו זיין אינדערהיים, אפילו ברוך ה' זיי זענען גליקליך.


איך פיל אבער אז איך דארף שוין חתונה האבן, איך שפיר אז ווארטנדיג אויף מיין שידוך גייט עס אויפ'ן חשבון פון מיין איידלקייט און צניעות צווישן מענטשן.


ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען געבן חיזוק פאר מיר און פאר אלע וואס גייען דאס דורך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רעדט יא צו אייערע עלטערן, רעדט שיין און הארציג, זאגט זיי אז איר שפירט אז דאס מער ווארטן און דאס נישט אויסהערן קיין שידוכים - גייט אויפן חשבון פון אייער איידלקייט און צניעות. מיט אייערע געשוויסטער זאלט איר נישט רעדן דערפון, זיי וועלן נאר חוזק מאכן, אבער צו אייערע עלטערן איז יא כדאי צו רעדן, ווייל די עלטערן האבן יא רחמנות אויף די קינדער, און אז מען רעדט שיין און הארציג - פועל'ט מען, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ט:): "ניכרים דברי אמת", מען זעט אויף רייד אויב עס איז אמת; זיי וועלן זען אז איר מיינט עס ערנסט, איר ווילט חתונה האבן צו זיין ערליך און פיין; די ווערטער וועלן פועל'ן ביי זיי.


געבט אכטנג אויף כבוד אב ואם, די וועג ווי מען רעדט צו עלטערן מוז זיין זייער איידל און זייער דרך ארץ'דיג.


אויב איר וועט יא רעדן צו זיי אדער נישט רעדן צו זיי, דארפט איר וויסן אז א שידוך האט סיי ווי נישט מיט קיינעם צו טון, א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, און אז מען בעט אים מיט סבלנות, מען בעט שיינערהייט, מען בעט א מתנת חינם - איז מען זוכה צו א שידוך, אפילו די גאנצע וועלט שטעלט זיך קעגן דעם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפינען אין די תורה, נביאים און אין כתובים, אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן. אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער געבט שידוכים.


דעריבער זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך, אויף מאמע לשון, אייגענע תפילות, פון הארצן: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל חתונה האבן, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין איידל, איך וויל זיין הייליג, איך וויל נישט קוקן און טראכטן פון פרעמדע, איך וויל מיין לעבן, מיין מאן, מיין געצעלט, העלף מיר טאטע, מאך א נס און געב מיר מיין שידוך"; אזוי זאלט איר בעטן, און לייגט צו אייגענע תפילות, ביז איר וועט זוכה זיין צו אייער שידוך.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2104 - וואס טוט מען ווען ס'איז נישטא קיין פרנסה?
שלום בית, פרנסה, צדקה, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין ווערטער זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר מיין לעבן, פאר די עצות און לימודים וואס העלפן מיר אויף טריט און שריט, איך האב ברוך ה' א טייערע ווייב, דריי ליכטיגע קינדער, מיר זענען אלע געזונט און שטארק ברוך ה', אלעס איז מיר גוט אויסער די פרנסה.


אין די לעצטע צוויי וואך האב איך נישט קיין ארבעט, איך מיין ממש גארנישט, איך האב שוין א שיינע פאר מאל געמיינט אז אט קומט ברוך ה' א גרויסע דזשאב, מען בעט מיר אן "עסטימעט", א פרייז פאר א דזשאב, אבער א נעכטיגן טאג, דער מענטש ענטפערט נישט קיין שום רופן נאכדעם, און אזוי האב איך געהאט א שיינע פאר אנטוישונגען אין די לעצטע פאר וואך.


איך בין בכלל נישט אויסגעצייכנט אין התבודדות, אבער ווען עס טוט וויי שרייט מען, ווען איך דארף געבן צו עסן פאר מיין ווייב און קינדערלעך, דעמאלט פלי איך צום אייבערשטן, איך בעט אים שיין, איך פרוביר אים צו באדאנקען פאר אלעס, איך וויין צו אים אז איך דארף פרנסה ברויח און גרינג, אפילו עס קומט זיך מיר גארנישט, אבער דאך זיי מיר מוחל און האב רחמנות אויף מיר. איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך שפיר ווי איך טאפ א וואנט.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א זאגן וואס איך טו נישט גוט, אדער וואס איך דארף אנהייבן צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו זעסט זיך אן קיין פרנסה זאלסטו טון אפילו אנדערע פרנסות, און נישט ווארטן דווקא אויף די פרנסה אין וואס די ספעציעליזירסט זיך, טו וואס דו קענסט נאר, צי עס פאסט יא צי עס פאסט נישט, אבי אהיים ברענגען פרנסה.


דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פונעם 'בעל בטחון', אז ער האט נישט געקוקט אויף גארנישט צי עס פאסט אים יא די ארבעט וואס מען טראגט אים אן צי עס פאסט אים נישט, אין אנהויב איז געווען זיין פרנסה פאררעכטן כלים, און ווען דער קעניג האט ארויסגעגעבן א באפעל אז קיינער קען נישט טראגן זיינע כלים צו פאררעכטן ביי א צווייטן, נאר אדער פאררעכט מען עס אליין אדער ווארפט מען עס אוועק - האט ער זיך נישט פארלוירן און ער איז געווארן א האלץ האקער פאר איין טאג, און נאכדעם ווען ער האט דאס פארלוירן - האט ער זיך פארדינגען צו רייניגן שטאלן; דאס איז א מורא'דיגע פרט וואס מיר קענען זיך ארויסלערנען, א מענטש וואס איז א בכבוד'דיגער מענטש, ער האט יארן געהאט א שיינע פרנסה, זאל פון איין מינוט אויפן צווייטן ווערן א מענטש וואס רייניגט שטאלן?! יא, דאס לערנט אונז דער רבי, אז מען טאר נישט קוקן אויף כבוד וכדומה, צי עס פאסט יא צי עס פאסט נישט. איין זאך איז זיכער, אז עס פאסט נישט צו זיין א בעל חוב און עס פאסט נישט צו זיין א גנב; א מענטש דארף דער עיקר טראכטן: 'וואס טראכט מען אויבן אין הימל אויף מיר, ווי אזוי זע איך אויס דארט?'


אויך זאלסטו וויסן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אז מען האט נישט קיין ארבעט איז דאס נישט קיין תירוץ נישט אהיים צו ברענגען געלט; דו האסט אונטערגעשריבן ביי די חופה פאר דיין ווייב אין די כתובה: "אֲנָא אֵיזִן, וְאוֹקִיר וְאֶפְלַח לֵכִי", איך וועל דיר שפייזן וכו', דארפסטו אלעס טון צו שפייזן דיין ווייב און קינדער. די ערשטע זאך דארף מען צאלן דירה געלט, ווייל אויב מען צאלט נישט קיין רענט וועט מען נישט האבן קיין דאך איבערן קאפ, מוהרא"ש זאגט דאס ערשטע דארף מען צאלן רענט, רענט קומט פאר עסן און פאר אלעמען.


שעם זיך נישט צו גיין אויף די הייזער בעטן צדקה, על פי הלכה (שולחן ערוך יורה דעה, סימן רנג) אויב מען האט נישט קיין פרנסה מעג מען גיין נאך געלט, דארפסט נישט זאגן פאר דיין ווייב וכו' אז דו גייסט נאך געלט פאר זיך, און אזוי אויך דארפסט נישט זאגן ביי די הייזער אז דו גייסט פאר דיר אליין, קענסט זאגן אז דו נעמסט צוזאם געלט פאר א משפחה וואס האט נישט אויף שבת.


איך בעט פאר דיר דו זאלסט מצליח זיין און האבן גרויס שפע.

#2103 - קויפן אן אייגענע דירה?
לימוד התורה, פרנסה, דירה, בית נצחי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די דירה וואו מיר וואוינען יעצט איז שוין ברוך ה' אויסגענוצט, און מיר קענען נישט יעצט קויפן א געהעריגע הויז אין אונזער געגנט, מיין שאלה איז אויב מיר זאלן זוכן צו קויפן א קלענערע הויז אין א ביליגערע געגנט אין אונזער שטאט, אדער זאלן מיר דערווייל דינגען א דירה ביז מיר וועלן האבן גענוג געלט צו קענען קויפן?


איך האב שוין אסאך געבעטן דעם אייבערשטער צו וויסן וואס צו טון, אבער מיר דארפן אן עצה וואס שנעלער צו וויסן וועלכע וועג צו גיין.


און בכלל דארפן מיר א ישועה עס זאל זיין ביי אונז מער שפע און פרנסה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס לוינט זיך אריינצושפרינגען אין קויפן און האבן אן אייגענע הויז, מוהרא"ש אין די בריוו ווען ער וואונטשט מען זאל האבן אן אייגענע הויז צייכנט ער אלץ צו די ווערטער פון די הייליגע חכמים, ווי זיי זאגן (ירושלמי מועד קטן ב, ד): "שמחה לאדם בשעה שהוא דר בתוך שלו", עס איז א פרייד ווען מען וואוינט אין די אייגענע דירה.


אויך זאלסטו זיך זארגן אויף א בית נצחי, אן אייגענע אייביגע דירה. מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג א בלאט ב'בלי, א בלאט י'רושלמי און א פרק ת'ופתא, די ראשי תיבות איז ב'י'ת'; דאס איז א בית וואס האלט פאר נצחי, פאר אייביג. ווייל ווען עס קומט די צייט וואס מען דארף אוועק גיין פון דער וועלט נעמט מען מיט די בלעטער גמרא, די פרקים משניות און ברייתות, און די גוטע מעשים.


אויך איז דאס לערנען יעדן טאג "בית נצחי", א בלאט ב'בלי, א בלאט י'רושלמי און א פרק ת'ספתא - א סגולה צו קענען האבן אן אייגענע הויז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#2102 - ווי אזוי האלט איך אויס אז איך האב נאכנישט מיין שידוך?
שידוכים, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קען שוין נישט אויסהאלטן צו זיין א בחור, א סינגל מענטש, איך בין אין זייער גרויסע תפיסה, איך וויל אנטלויפן.


יישר כח פאר די אידישע ניגונים, ווען נישט דעם ראש ישיבה שליט"א'ס ניגונים וואלט איך זיך גע'הרג'ט, צי דורך דראגס צי מיט עפעס אנדערש.


זאל דער ראש ישיבה שליט"א צוזען מיין פיין און ווייטאג, דער רבי זאגט אז א מנהיג דארף האבן רחמנות. זאל דער ראש ישיבה צוקוקן די ווייטאג פון אלע בחורים, מחזק זיין די בחורים, און טון דאס מערסטע עס זאל זיין שידוכים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט, קיינער ווייסט נישט די צער פון א בחור, עס איז נישטא אזא צער ווי די צער פון א בחור, א בחור וויל חתונה האבן, ער וויל זיין ערליך און ריין און עס גייט אים נישט, און וויפיל מאל ער וויל זיך אויפשטעלן און תשובה טון און אנהויבן פון פריש זיין ערליך - פאלט ער און טראסקעט אין עבירות, אין פגם הברית רחמנא לצלן, און דאס מאכט אים אזוי בעצבות השם ישמרינו, ביז מען טראכט פון נישט וועלן לעבן חס ושלום.


איין עצה איז דא, אנטלויפן צום אייבערשטן און צו די תורה. אנטלויף צום אייבערשטן, דערצייל אים אין דיין שפראך ווי דו שטייסט, וואס עס גייט אריבער אויף דיר, וויין זיך אויס צום באשעפער, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר געבן א שידוך. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, פון זיך אויס'טענה'ן מיטן אייבערשטן. דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת בלק, קצה) ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר - וויל איך נישט בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן, "אַנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", נישטא קיין גרעסערע פארגענוגן ביים אייבערשטן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענער מענטש וואס וויינט זיך אויס פאר'ן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס - די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, דער אייבערשטער ענטפערט פאר א צעבראכענע הארץ שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


ביז דיין שידוך און אויך נאכן טרעפן דיין שידוך - זאלסטו זיך באהאלטן אין די תורה. אנטלויף צו די תורה, מאך זיך א שיעור אין משניות, זאג יעדן טאג אפאר פרקים משניות, און אויך אין די בלעטער פון די הייליגע גמרא, זאג גמרא אפילו אן פארשטאנד, דאס וועט דיר געבן כח זיך צו קענען דערהאלטן ביז דיין ישועה קומט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2101 - ווי אזוי רייניג איך אפ מיינע פארשמירטע אויגן?
קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, נסיונות, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, ברוך ה' א טאטע פון קינדער, וואס פרובירט צו זיין ערליך, איך דאווען דריי מאל א טאג מיט מנין און איך האב שטארקע שיעורים אין תורה, און איך בין אפגעהיטן אין טעכנעאלאגיע.


איך האב געקויפט א נייע טעלעפאון און גלייך געגאנגען צום פילטער קאמפאני צו לייגן דערויף א פילטער. צוליב אן אפדעיט האבן זיי מיר געזאגט איך זאל צוריק קומען די קומענדיגע טאג ארויפצולייגן דעם פילטער, ליידער בין איך אבער אין די פאר שעה אנגעקומען מיט מיין טעלעפאן לבירא עמיקתא, די ערגסטע פון די ערגסטע רחמנא ליצלן, מיינע אויגן זענען געווארן פארשמירט און מיין הארץ פארשטויבט.


עס לאזט מיר נישט קיין מנוחה קיין רגע, איך וויל נישט טראכטן קיין שלעכטס, איך וויל נאר ווייטער דאווענען און לערנען, אבער עס מוטשעט מיר געפערליך.


איז דא א וועג זיך ארויסצוזען פון דעם מצב, פון די מחשבות רעות? איך וויל האבן א ריינע הייליגע הארץ פאר'ן אייבערשטן אזוי ווי ביז היינט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ממש וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קח): "אַ מֶענְטְשׁ פוּן אֵיין תַּעֲנוּגְ'ל וֶועגְן פוּן אַ פֶערְטְל שָׁעָה, קָאן עֶר אָן וֶוערְן גָאר דֶעם עוֹלָם הַזֶּה מִיט דֶעם עוֹלָם הַבָּא", דאס איז געזאגט געווארן אויף קוקן רחמנא לצלן; מיט איין שלעכטע קליפ, איין שלעכטע ווידיא, פון א פערטל שעה - איז מען זיך מטמא די מח מחשבה, מען פארלירט די מח, מען מוטשעט זיך אפ די גאנצע לעבן, מען פארלירט די וועלט און יענע וועלט.


אבער וויסן זאלסטו אז דו ביסט נישט פארפאלן, דער באשעפער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און געשיקט דעם הייליגן רבי'ן א מתנה פאר אונזער דור; פאר די אלע וואס ווערן נכשל אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, צו זיי קומט דער רבי און איז זיי מחזק זיי זאלן נישט אויפגעבן, דער רבי ווייזט זיי די רחמנות פונעם אייבערשטן, ער ווייזט זיי א וועג זיי זאלן צוריק קומען צום אייבערשטן, זיי זאלן זיך מתודה זיין פארן אייבערשטן, ביז דער אייבערשטער וועט זיי מוחל זיין.


הדבר הראשון גיי אין א שטילע פלאץ וואס קיינער איז נישט דארט, און גיס זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר און אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, דערצייל אים ווי אזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן, מיט איין שלעכטע קוק, און בעט אים: "רבונו של עולם זיי מיר מוחל וואס איך האב געטון, און האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך האב שלעכטע מחשבות, איך בין אזוי צעבראכן, העלף מיר איך זאל האבן נאר ריינע מחשבות, וטהר לבנו לעבדך באמת", און לייג צו דיינע אייגענע תפילות.


אויך זאלסטו זיך מאכן שיעורים אין לערנען משניות און גמרא, און אפילו דו פארשטייסט נישט און דו געדענקסט נישט און דו קענסט זיך נישט קאנצעטרירן וואס דו לערנסט - זאלסטו ווייטער לערנען, קענסט אפילו נאר זאגן די ווערטער פון די תורה, דאס וועט דיך רייניגן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (איכה רבה, פתיחתא ב): "המאור שבה", די ליכטיגקייט און די הייליגקייט וואס ליגט אין די תורה, "מחזירן למוטב", ברענגט צוריק דעם מענטש צום באשעפער און צו תשובה שלימה.


וועסט דארפן האבן אסאך סבלנות נישט צו ווערן צעבראכן ווען דו וועסט אנהויבן טון די עצות, דו וועסט אנהויבן מאכן התבודדות און אנהויבן לערנען, וועסט אנהויבן שפירן ווי דו האסט נישט א וועג צוריק; זאלסטו זיך נישט אונטערגעבן, נאר ווייטער גיין מיט די הייליגע עצות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "כִּי צָרִיךְ עַקְשָׁנוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לִהְיוֹת חָזָק וְאַמִּיץ לֶאֱחֹז עַצְמוֹ לַעֲמֹד עַל עָמְדוֹ אַף אִם מַפִּילִין אוֹתוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, בְּכָל פַּעַם", מען דארף זיין זייער שטארק ביי זיך נישט צו ווערן געפאלן ווען מען זעט אז דער יצר הרע ווארפט אראפ חס ושלום, "כִּי לִפְעָמִים יֵשׁ שֶׁמַּפִּילִין אֶחָד מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, כַּיָּדוּעַ, אַף עַל פִּי כֵן עָלָיו לַעֲשׂוֹת אֶת שֶׁלּוֹ, לַעֲשׂוֹת מַה שֶׁיּוּכַל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם וְאַל יָנִיחַ עַצְמוֹ לִפֹּל לְגַמְרֵי, חַס וְשָׁלוֹם", ווייל אפילו מען שפירט ווי מען האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל - טאר מען נישט טראכטן פון אפלאזן וכו', נאר מען דארף ווייטער דינען דעם אייבערשטן מיט וואס מען קען נאר, "כִּי כָל אֵלּוּ הַנְּפִילוֹת וְהַיְרִידוֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה", ווייל דאס וואס מען פאלט אראפ, "צְרִיכִים בְּהֶכְרֵחַ לַעֲבֹר בָּהֶם קֹדֶם שֶׁנִּכְנָסִין בְּשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה", דאס גייט אריבער אויף יעדן איינעם פאר מען איז זוכה אריין צו קומען צו די קדושה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2100 - זיך דרייען אין קאך ביים שווער?
כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער, אמונה, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, בעיקר פאר די בריוו, איך ווארט א גאנצע וואך אויף שבת נאר אז איך זאל קענען ליינען די וועכנטליכע "עצתו אמונה", דאס מאכט מיך טראכטן פונעם אייבערשטן, יעדע וואך נאכאמאל עפעס חיזוק אויף שלום בית און אויף אלע גוטע זאכן.


מיר האבן נאכנישט קיין גרויסע קינדער, און דעריבער גייען מיר אסאך מאל עסן אויף שבת צו מיין טאטע אדער מיין שווער. ווען איך קום אן צו מיין שווער אום פרייטאג וועל איך אסאך מאל זיך דרייען אין קאך און פרובירן ארומצורוקן און מסדר זיין די מאכלי שבת אז עס זאל זיין מער געשמאק און בעסער, אן די וויסן פון מיין שווער און שוויגער. איך האב אבער אנגעהויבן טראכטן אז אפשר טאר איך נישט טון זאכן אונטער זייער רוקן אן פרעגן רשות, טו איך ריכטיג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן, מען לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים - הויבט מען אן טראכטן פונעם אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב' סימן ח', אות ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ 'שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת'", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; דאס באקומט מען ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, אלע קשיות, ספיקות און בלבולים גייען אוועק און די אמונה שיינט און לייכט, מען לעבט מיט אן אמונה ברורה ומזוככת.


עס איז אזוי גרויס די מצוה פון כיבוד אב ואם, מען באקומט אויף דעם אזויפיל שכר, סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן  (פאה א, א): "אֵלּוּ דְּבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּירוֹתֵיהֶן בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לּוֹ לָעוֹלָם הַבָּא: כִּיבּוּד אָב וָאֵם וְכוּ'"; דער אייבערשטער באצאלט שכר פאר די מצוה פון כיבוד אב ואם סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט, און דאס וועט אייך צוריקומען ביי אייערע קינדער.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2099 - גיין אין ישיבה, אדער קודם חתונה האבן?
שידוכים, יבנאל, חתונה, מוהרא"ש, סגולות, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך זייער שטארק באדאנקען פאר די געוואלדיגע ענטפער וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן אויף מיין שאלה אויב איך זאל ענדערש מתפלל זיין צו קענען געבן א גט פאר מיין ווייב, אדער אז זי זאל תשובה טון און צוריק קומען. דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן מיט א געוואלדיגע השגחה פרטית אז איך האב איר געגעבן דעם גט אין די זעלבע וואך וואס די בריוו איז געדרוקט געווארן אין "עצתו אמונה". די ענטפער פונעם ראש ישיבה שליט"א איז מיר געווען כמים קרים על נפש עיפה, איך האב נישט גענוג ווערטער זיך צו באדאנקען אויף די חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געגעבן.


יעצט האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי צו גיין פון דא און ווייטער. איך בין א בעל תשובה, 30 יאר אלט, ווי געשריבן בין איך יעצט א גרוש אן קינדער; איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס בבלי און ירושלמי, איך האב געענדיגט צענדליגע מאל משניות און תיקוני זוהר, און נאך פילע שיעורים אין אנדער חלקים פון די תורה, אלעס דורך דעם געוואלדיגן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


איך האב ליידער נישט זוכה געווען אויפצואוואקסן מיט אן ערליכע חינוך אין מיינע יונגע יארן, און איך האב אלץ געשפירט אז דאס אפעקטירט מיר שטארק אין לעבן, און דעריבער טראכט איך אז אפשר איז כדאי אז איך זאל יעצט אריינגיין אין א ישיבה פאר בעלי תשובה פאר א שטיק צייט כדי זיך בעסער זיך שטעלן אויף די פיס, און אפשר זיך אויסלופטערן פון אלעס וואס איך בין אריבער אין די לעצטע יאר, און אפשר וועל איך דארט אויך באקומען די כלים צו קענען פרובירן צו לערנען אויך בעיון; אדער איז מיין פליכט יעצט צו זוכן ווי שנעלער א שידוך, נאכ'ן זיך לערנען פון די טעותים פון מיין ערשטע חתונה?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר מדריך זיין וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ערשטע זאך דארפסטו חתונה האבן, אן א ווייב איז זייער ביטער. דער זוהר הקדוש זאגט (ויקרא ה:): "כָּל מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא", ווער עס האט נישט חתונה, "כָּל שְׁבָחָא אַעְדּוֹי מִנֵּיהּ", דער האט נישט קיין שום לויב, "וְלָאו הוּא בִּכְלָלָא דְּאָדָם", דער איז נישט גערעכנט פאר א מענטש, "וְלֹא עוֹד, אֶלָּא דְּלָאו אִיהוּ כְּדַאי לְאִתְבָּרְכָא", און ער איז נישט ווערד צו ווערן געבענטשט, און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קדושין כט:): "אִם אִי אֶפְשָׁר לוֹ בְּלֹא אִשָּׁה", אויב איז אים נישט מעגליך צו זיין אן א ווייב, "יִשָּׂא אִשָּׁה", זאל ער חתונה האבן, "וְאַחַר כַּךְ יִלְמֹד תּוֹרָה", און נאכדעם זאל ער לערנען תורה; ווער רעדט נאך אז מען קען אנקומען צו די צוואנציג יאר, זאגן די הייליגע חכמים (שם): "בֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וְלֹא נָשָׂא אִשָּׁה", אויב מען איז נישט חתונה געהאט ביי די צוואנציג - "כָּל יָמָיו בְּהִרְהוּר עֲבֵירָה", וועט מען א גאנץ לעבן טראכטן שלעכטס. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שם), רב חסדא האט אויסגערומט פאר רב הונא דאס גרויסקייט פון רב המנונא, אז ער איז א גרויסער מענטש, האט רב הונא געבעטן פון רב חסדא, איך וויל אים זען; ווען ער קומט צו דיר זאלסטו אים אהער שיקן. "כִּי אָתָא, חַזְיֵּיהּ דְּלָא פָּרִיס סוּדָרָא", ווען רב המנונא איז געקומען האט רב הונא געזען אז ער האט נישט קיין טלית, האט ער אים געפרעגט: "מַאי טַעְמָא לָא פְּרִיסַת סוּדָרָא", פארוואס גייסטו נישט מיט קיין טלית? האט אים רב המנונא געענטפערט, ווייל איך האב נאכנישט חתונה געהאט, "אַהֲדְרִינְהוּ לְאַפֵּיהּ מִינֵיהּ", האט רב הונא אוועק געדרייט זיין פנים פון אים און אים געזאגט: "חָזִי דְּלָא חֲזִית לְהוּ לְאַפֵּי עַד דְנָסְבַת", דעמאלט זאלסטו נישט קומען צו מיר, ווייל איך וויל נישט זען דיין פנים ביז דו האסט חתונה.


חתונה האבן און זיך אוועק שטעלן לערנען וכו' איז נישט קיין סתירה, גיי אין א ישיבה, זוך א ישיבה וואס איז געאייגנט פאר דיר, וואו דו וועסט קענען לערנען און דאווענען, און גלייך ווען מען רעדט צו דיר א שידוך - זאלסטו דאס נישט אפזאגן מיט נארישע חכמות פון ווארטן ביז דו וועסט איך ווייס נישט וואס, נאר תיכף גיין צום שידוך, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (פסחים קיב:): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר", ווער עס וויל דינען דעם אייבערשטן מיט א ריינקייט, מיט א הייליגקייט, "נוֹשֵׂא אִשָּׁה", זאל חתונה האבן, "וְלוֹ בָּנִים", ער זאל זיין מיט א ווייב און האבן קינדער.


גיי קיין יבנאל צו מוהרא"ש'ס ציון און זאג דארט אויס תהילים. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ, אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2098 - זאגן תיקון הכללי אפילו מען קען נישט גיין אין מקוה?
מקוה, תיקון הכללי, תיקונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשטנס, יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק וואס איך באקום פון די שיעורים און בריוו.


ווי באוואוסט האט דער רבי געזאגט אז אויב עס פאסירט א מקרה לילה חס ושלום, זאל מען די ערשטע זאך גיין אין מקוה, און דערנאך זאגן תיקון הכללי.


איך וויל פרעגן וואס מען דארף טון אין א פאל וואס איז אוממעגליך צו גיין א טאג צוויי אין מקוה, אויב מען זאל ווארטן צו זאגן תיקון הכללי ביז נאכדעם וואס מען קען גיין אין מקוה, אדער זאל מען גלייך זאגן תיקון הכללי און שפעטער גיין אין מקוה ווען מען קען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען איז נכשל געווארן מיט מקרה לילה זאל מען זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי וואס דער הייליגער רבי - רבינו נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו - האט מגלה געווען, דער רבי האט אונז געגעבן א תיקון פאר די עבירה - דעם "תיקון הכללי", צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], דער רבי האט געזאגט אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז אסאך צדיקים האבן געוואלט משיג זיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, "אבער מיר האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון".


אודאי און אודאי זאל מען גיין אין מקוה, וואס פריער גיין אין מקוה איז בעסער, דער רבי האט געזאגט (שם): "דאס ערשטע איז מקוה", אבער אז מען האט נישט קיין מקוה - זאל מען זיך נישט צוריק האלטן פון זאגן די צען קאפיטלעך.


אויב מען האט נישט די מעגליכקייט צו גיין אין מקוה זאל מען מאכן ט' קבין, מען שטייט אונטער די שויער פאר פינף מינוט, אזוי האט מען כאטשיג ט' קבין, דאס איז גוט ביז מען טרעפט א מקוה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2097 - ווי אזוי האסטו זיך אזוי געטוישט און געווארן אזוי רואיג?
חסידות ברסלב, מחלוקת, ספרי ברסלב, דרשות, התחדשות, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז, אלע שיעורים, ניגונים, בריוו, איך האב נישט גענוג ווערטער צו קענען דעם אייבערשטן פאר דעם גרויסן אור וואס איך האב זוכה געווען צו טרעפן פאר בערך צוויי יאר צוריק.


איך האב נישט אויסגעזאגט פאר קיינעם אז איך האלט מיט די שיעורים, אבער פאר עטליכע חדשים צוריק האט מיין ווייב מיר געפרעגט וואס איז געשען מיט מיר, "דו האסט אזוי שטארק זיך געטוישט צום טון, ביסט אלעמאל רואיג, אלעס איז דער אייבערשטער, האסט אנגעהויבן לערנען און דאווענען, דערציילן מעשיות פון תפלה, האסט אוועקגעווארפן דיין סמארטפאון, דיין כיבוד אב ואם האט זיך אינגאנצן געטוישט", האב איך איר דעמאלט דערציילט איבער דעם גרויסן אור וואס איך האב געטראפן.


מיין משפחה איז געווען אויף געהאקטע צרות, צוויי געשוויסטער האבן פרובירט זיך צו נעמען דאס לעבן רחמנא ליצלן, אנדערע צוויי זענען אויף שווערע טעראפי, מען האט מיר אויך פרובירט צו שיקן אויף טעראפי עטליכע מאל, איך האב אבער ברוך ה' געטראפן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און זייט דעמאלט האט מיין לעבן אויפגעשיינט. איך האב ברוך ה' שוין געענדיגט איבער צען מאל משניות, איך ענדיג יעצט נ"ך, איך האב ברוך ה' שיעורים אין רבינ'ס ספרים, אין ליקוטי הלכות, אין ירושלמי, און נאך.


איך וויל פשוט זאגן א גרויסן יישר כח, איך האב נישט געוואוסט ביז יעצט וואו איך קען שיקן א בריוו צום ראש ישיבה שליט"א, יעצט בין איך געוואויר געווארן, און איך האב געמוזט זיך באדאנקען.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער האבן אסאך כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט, און איך בין אסאך מתפלל אז איך זאל זוכה זיין צו טרעפן דעם ראש ישיבה שליט"א פערזענליך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז ממש אזוי ווי דו זאגסט, מען ווערט א נייער מענטש, מען ווערט א גרויסער ערליכער איד. דער הייליגער רבי האט אויסגעפירט די מעשה פון די זיבן בעטלערס, די לעצטע ווערטער פון די מעשה זאגט דער רבי (ספורי מעשיות, מעשה יג): "און איך הייל זי"; דער רבי מיט זיינע עצות און חיזוק - היילט אונז, ווער עס הערט דעם רבינ'ס ווערטער און לערנט דעם רבינ'ס ספרים - ווערט אויסגעהיילט.


ליידער רעדט מען אויפן רבי'ן און אויפן רבינ'ס תלמידים כל דבר אסור, דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון רבי'ן און פון זיינע תלמידים, דער הייליגער רבי האט דערציילט (שם, מעשה ז', מזבוב ועכביש) פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט איז דער סמ"ך מ"ם געקומען צום בית דין של מעלה מיט א טענה: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האט מען מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, גיי זוך דיר אן עצה", איז ער אוועק געגאנגען און ער איז צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקער אן איינגעבויגענער, זיי האבן זייער געלאכט און געזאגט אז זיי האבן שוין אן עצה, און די נשמה קען שוין אראפקומען אויף דער וועלט.


וואס איז די עצה פונעם סמ"ך מ"ם? מוהרא"ש זאגט אז זיין עצה איז אז ער פארשעמט דעם רבי'ן; דאס וואס מיר ליידן ביז היינט פון דעם וואס מענטשן מיינען אז ברסלב איז א פלאץ פון משוגעים און מטורפים, דאס איז אלס א מניעה וואס דער סמ"ך מ"ם שטעלט אוועק אז מען זאל מורא האבן פון ברסלב, מען זאל נישט לערנען דעם רבינ'ס ספרים און מען זאל זיך צוריק האלטן פון האבן שייכות מיט ברסלב'ער חסידים.


ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים אדער הערט שיעורים פון רבינ'ס עצות, במשך די צייט ווערט מען נתהפך, מען ווערט א נייער מענטש, מען ווערט געזונט און מען ווערט א גרויסער צדיק. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", און רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִילּוּ עַכְשָׁו", אויך יעצט, נישט נאר אמאל, "כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים און הערט שיעורים פון רבינ'ס עצות, "יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", האט דאס א שטארקע כח אויפצואוועקן דעם מענטש זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן, "לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת", זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט אן אמת, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2096 - איך וויל זיין גוט, פארוואס פאל איך ווייטער דורך?
שידוכים, קדושה, תשובה, עבירות, מקוה, משניות, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א פראבלעם וואס שטערט מיך זייער שטארק, און איך וויל עס דורכשמועסן.


איך בין יעצט צוואנציג יאר אלט, איך בין דורך אסאך שוועריקייטן מיט עניני קדושה נאך פון יונגערהייט, זיך אלץ געמוטשעט מיט שמירת עינים, ביז שפעטער האב איך באקומען אן אפענע טעלעפאן און דעמאלט האב איך שוין געקוקט כל דבר אסור, און ליידער דורכגעפאלן גאר אסאך אין קדושה.


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען זיך צוריק צו כאפן, איך האב באמת תשובה געטון, איך האב אנגעהויבן הערן די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן און דאס פירט מיך צום ריכטיגן וועג, איך האב אפגעלאזט די אלע שלעכטע זאכן וואס איך האב געהאט ביז יעצט ברוך ה'.


וואס עס שטערט מיר אבער איז אז ביינאכט פאל איך אסאך מאל דורך בשוגג, און דאס צעברעכט מיך זייער שטארק. בייטאג פרוביר איך אזוי שטארק צו זיין ערליך און אפגעהיטן, און ווען עס קומט ביינאכט, ווען איך בין נישט בעל הבית אויף מיך, פאל איך דורך, און איך שפיר ווי מיין גאנצע הארעוואניע גייט לאיבוד.


איז מיין עבודה בכלל נישט חשוב אין הימל? פארוואס טוט מען דאס צו מיר? איך בין אזוי צעבראכן וועגן דעם כחרס הנשבר, און איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן התחזקות אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס זאלסטו וויסן אז אין הימל ביסטו זייער חשוב; דער וואס טוט תשובה - איז זייער באליבט ביים אייבערשטן, מען קומט אן צו זייער א הויכע פלאץ. די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לד:): "מקום שבעלי תשובה עומדים, צדיקים גמורים אינעם עומדין", ווען מען טוט תשובה קומט מען אן אזוי הויך, העכער ווי די צדיקים קומען אן.


דער וואס טוט תשובה קומט אן ביזן כסא הכבוד, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסיקתא דרב כהנא מד, ט): "גָדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה", תשובה איז אזוי גרויס, "שֶׁכֵּיוָן שֶׁאָדָם מְהַרְהֵר בְּלִבּוֹ לַעֲשֹוֹת תְּשׁוּבָה", ווי נאר א מענטש טראכט פון תשובה, ער טראכט 'איך וויל זיך אומקערן צום אייבערשטן' - "מִיַּד הִיא עוֹלָה לֹא עַד עֲשָֹרָה יָמִים, וְלֹא עַד עֶשְֹרִים וְלֹא עַד מֵאָה, אֶלָּא עַד מַהֲלַךְ חֲמֵשׁ מֵאוֹת שָׁנִים; וְלֹא עַד רָקִיעַ רִאשׁוֹן וְשֵׁנִי, אֶלָּא שֶׁהִיא עוֹמֶדֶת לִפְנֵי כִּסֵא הַכָּבוֹד", קומט ער גלייך אן צום כסא הכבוד.


צווייטנס, דו דארפסט וואס שנעלער חתונה האבן; וועל זיך נישט, די ערשטע שידוך וואס מען טראגט דיר אן - זאלסטו נעמען. חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א טרעפל און האב חתונה; מען דארף חתונה האבן ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן און נישט זיין קלויבעריש.


נאר אז מען האט חתונה קען מען זיין אפגעהיטן. דער הייליגער צדיק רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (לקוטי הלכות יום הכפורים הלכה א, אות א): "ווער עס האט נישט חתונה איז פגום בברית", דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל חתונה האבן; דער רבי האט נישט געלאזט בחורים קומען צו אים, אויב א בחור איז געקומען צום רבי'ן, האט ער אים געזאגט: "קום צוריק מיט א טלית", דאס מיינט ווען דו וועסט חתונה האבן - זאלסטו צוריק קומען.


אז דו פאלסט דורך וכו' - זאלסטו גיין אין מקוה און זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי; די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ), דער רבי האט געזאגט אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז אסאך צדיקים האבן געוואלט משיג זיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר - זאגט דער רבי – "האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון"; דערפאר זאלסטו יעדן טאג זאגן דעם תיקון הכללי נאך תפילת שחרית, וועסטו זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין זאגן משניות, יעדן טאג זאלסטו זאגן פרקים משניות, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט; דאס וועט דיר ארויסנעמען פון דיין בלאטע. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִלּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה, עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס. ווען רבי נתן האט געהערט דעם שיחה, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן, צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי אים געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס!" אפילו א מענטש וואס ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, אויב דער מענטש וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2095 - פארוואס גייט מיין ביזנעס אזוי שוואך?
תפילה והתבודדות, פרנסה, פחדים, צדקה, דאגות, געלט, מעשר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס זאל איך טוען אז מיין ביזנעס גייט יעצט אביסל שטייט? איך בין געפערליך נערוועז און אנגעצויגן וועגן געלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס וועט דיר העלפן דאס דאגה'נען, וואס וועסטו האבן פון דאגות? דאגות העלפט נישט, דאגות הרג'עט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ק:): "לֹא תֵעִיל דַוְיָא בְּלִבְּךָ", זאלסט נישט ארום גיין מיט קיין דאגות, "דְגַבְרֵי גִיבָּרִין קָטַל דַוְיָא", ווייל דאגות האט שוין גע'הרג'עט אסאך גיבורים; ווען א מענטש לעבט מיט אמונה, ער ווייסט קלאר אז דער אייבערשטער איז אלעס - און אלעס איז נאר ער, יעדע זאך וואס פאסירט אויף די וועלט איז מיט א פינקטליכער חשבון, דעמאלט גייען אוועק אלע דאגות.


נעם אריין דעם אייבערשטן אין די ביזנעס וועט די ביזנעס מצליח זיין. די ערשטע זאך, הויב נישט אן טון ביזנעס איידער דו גייסט דאווענען, מען קען נישט מצליח זיין נאר אויב מען דאווענט די דריי תפילות מיט מנין, ביים דאווענען זאלסטו נישט קוקן אין טעלעפאן, נאר קוק אין סידור.


צווייטנס, זאלסט געבן מעשר, און בעט דעם אייבערשטן די צדקה זאל גיין פאר גוטע פלעצער. מען קען געבן צדקה, מען מיינט מען געבט צדקה און עס איז ליידער בכלל נישט קיין צדקה, בעט דעם אייבערשטן דיין צדקה זאל גיין צו אמת'ע צדקה.


האלט אין די אפיס א צדקה פושקע, לייג אריין שטענדיג צדקה - וועט זיין גרויס הצלחה.


ועל כולם זאלסטו יעדן טאג גיין א שפאציר זיך מתבודד זיין, רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך כידבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד. בעט אים דו זאלסט זיך נישט לאזן נארן, דו זאלסט געדענקען אז די וועלט איז נאר אן איבערגאנג צו די אמת'ע וועלט, צו די אייביגע וועלט, דו זאלסט קענען אריינכאפן גוטע זאכן, דאווענען און לערנען, און טון מצוות און מעשים טובים.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2094 - פארוואס וויל איך זיך נעמען דאס לעבן?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, עצבות, מחשבות, זעלבסמארד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האלט מיט דעם ראש ישיבה שליט"א'ס דרשות און חיזוק. איך גיי דורך שוועריגקייטן אין לעבן, און איך פרוביר זיך מחזק צו זיין.


לעצטנס האב איך ליידער אנגעהויבן צו באקומען שלעכטע מחשבות אז איך וויל זיך הרג'נען, חס ושלום. ברוך ה' אז עס איז נאר מחשבות און נישט מער.


וואס קען איך טון זיך צו העלפן אפשלאגן די מחשבות? פון וואס קומען די מחשבות? איך פרוביר שטארק צו טון דעם ראש ישיבה שליט"א'ס ווערטער און עצות, איך בין זיך שטארק מחזק אין די אמונה.


איך בעט חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי שנעלער, ווייל די מחשבות בוזשעווען און איך וויל עס זאל ווערן קלענער און אוועקגיין, נישט גרעסער ווערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיך הרג'ענען וועט דיר נישט העלפן, עס איז בכלל נישט קיין עצה; ווי ביטער עס איז דיר יעצט - איז אין קבר אסאך ערגער. מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס דארט טוט זיך, רבי נתן האט זיך אויסגעדרוקט: "אלעס קען איך אויסטראכטן, און אלעס קען איך זיך אויס'משל'ן, אויסער איין זאך, איך קען זיך נישט אויס'משל'ן די ברוך הבא אין קבר"; ווען מען וועט ענדיגן פארדעקן די ערד, די ברוך הבא פון די טונקלקייט, פון די מייז, פון די מלאכי חבלה; עס כאפט א פחד און א שרעק.


וואס איז יא די עצה? די עצה איז שמחה, זאלסט זיך פרייען מיט 'שלא עשני גוי', פריי זיך אז דו ביסט א איד, און זאלסט הערן לעבעדיגע מוזיק און טאנצן און שפרינגען און טון אלעס וואס מאכט פרייליך, עסן זיסע געשמאקע עסן, און טון אלעס וואס נוצט פאר שמחה.


אויך איז פאר דיר זייער וויכטיג זאלסט גיין יעדן טאג אפאר מינוט אליין מיטן אייבערשטן זיך אויסשמועסן, דערציילן די מחשבות, דערציילן וואס דו טראכסט, אז דו ווילסט זיך הרג'ענען וכו' וכו', און אים בעטן מיט הייסע טרערן: "הייליגער באשעפער וואס איז מיט מיר? ווי קומט צו מיר די מחשבות? פארוואס בין איך נישט פרייליך? פארוואס בין איך בעצבות? אנא הרחק מעלי את העצבות והמרה שחורה, איך בעט דיר אייבערשטער, דערווייטער פון מיר די עצבות און דעפרעסיע, מאך מיך פרייליך, מאך מיך אזוי פרייליך אז איך זאל אנהויבן טאנצן פון רוב שמחה, און יעדער ארום מיר זאל ווערן פרייליך, אנא השם געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל דיך שפירן, איך זאל לעבן מיט די געדאנק אז אלעס ביסטו, אלעס איז אלוקית און אלוקית איז אלעס, דומם צומח חי מדבר - אלעס איז אין סוף ברוך הוא".


אזוי זאלסטו טון יעדן טאג, פארלייג זיך אויף די צוויי נקודות, שמחה און התבודדות; ביז דו וועסט צוריק ווערן פרייליך און נישט וועלן זיך הרג'ענען, נאר וועלן אויסגיין צום אייבערשטן פון גרויס בענקשאפט און פון גרויס שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2093 - ווי אזוי שטעלט מען אפ קינדער פון איבערדרייען די הויז?
חינוך הילדים, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שאלה, איך ווייס נישט ווי אזוי עס אראפצושרייבן אז מען זאל מיר פארשטיין ריכטיג, איך וועל אבער פרובירן דאס בעסטע וואס איך קען.


מיינע צוויי עלטערע קינדער האבן זיך אויסגעלערנט אליין ארויסצוגיין פון זייער בעט, זיי שטייען אויף אינדערפרי און שטעלן זיך אויף די קאונטער און פאקן אויס אלעס וואס זיי זעען, רייז, בונדלעך, נאש, ארבעט כלים, און אזוי ווייטער. זיי שפריצן זיך אן מיט אלע סארט זאכן וואס איז געמאכט צו רייניגן, עס קען ממש זיין א גרויסע סכנה, און איך בין אובד עצות וואס צו טון.


עס איז מיר איינגעפאלן נאר איין עצה, זיי איינצושפארן ביינאכט איידער איך גיי שלאפן און זיי צוריק אויפשפארן און ארויסלאזן אינדערפרי. און איך האב אזוי געטון דעם זונטאג.


איך וויל נישט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר פארשטיין אומריכטיג, איך בין נישט קיין שלעכטע מאמע און איך שפאר נישט איין קינדער קיינמאל, אבער דאך האב איך געהאט א געפיל אז איך טו נישט ריכטיג, האב איך געוואלט פרעגן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


די ריכטיגע וועג איז, מען לערנט אויס די קינדער נישט ארויפצוקריכן צו די שענקלעך, אויך קען מען לייגן צומאכערס אויף די שענקלעך וואס העלפט אז די קינדער זאלן נישט אויספאקן וכו'.


חינוך איז נישט גרינג, עס איז א שווערע ארבעט, אבער עס לוינט זיך, עס לוינט זיך די שווערע ארבעט, עס צאלט זיך אויס, מען זעט שפעטער שיינע פירות, שיינע דורות, מען דארף אסאך רעדן צו די קינדער, זיי זאגן וואס יא צו טון און וואס נישט צו טון, און זיין שטארק וואס מען זאגט - ביז מען פועל'ט.


שפארט נישט איין די קינדער, לערנט אויס די קינדער מען זאל בלייבן אין שטוב, זיך שפילן מיט שפילצייג - ביז טאטע מאמע שטייען אויף, אודאי וועט דאס נישט גיין מיט איין מאל זאגן, עס נעמט צייט ביז מען דערלערנט זיי, אויך מעג מען אמאל עפעס א קלייניקייט אוועק נעמען אלס א קנס זיי זאלן פארשטיין אז דאס קען מען נישט טון, מען קען נישט אויסגיסן, איבערדרייען וכו'.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל אייך געבן כח און מח און שכל ווי אזוי צו אומגיין מיט די קינדער, מיט תפילה איז מען זוכה אנצוקומען ווייטער ווי אלע אנדערע עצות.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2092 - פארוואס קריכט נאכנישט דאס קינד?
רפואה, קינדער, אידישע שטוב, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין קינד איז שוין געווארן א יאר, און ער האט נאכנישט אנגעהויבן קריכן. מיין ווייב איז זייער באזארגט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאגה נישט, ער וועט קריכן און גיין וכו', מאך נישט קיין עסק פון דעם, עס זענען דא קינדער וואס הייבן אן פריער און ביי א טייל נעמט עס לענגער.


זע עס זאל זיין פרייליך אין שטוב, זינג און טאנץ אין שטוב, אזוי וועלן די קינדער אויפוואקסן געזונט און קלוג, ווייל שמחה אין שטוב איז די סוד פאר געזונטע קינדער.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2091 - מעגן מיינע קינדער זען ווי איך וויין?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, התבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב עס איז א גוטע זאך אז מיינע קינדער זאלן זען און הערן ווי איך וויין צום אייבערשטן ביים מאכן התבודדות?


איך האב ברוך ה' זייער הנאה צו העלפן אין חדר מיט די לעכטיגע קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער גוט פאר קליינע קינדער צו זען ווי דער טאטע איז זיך מתבודד, דאס גייט אריין אין זייערע ביינער און דאס וועלן זיי אויך טון, ווייל וואס קינדער זעען ביי די עלטערן מאכן זיי שפעטער נאך.


מוהרא"ש דערציילט, דער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן האט געזאגט, ער פלעגט אלס קינד זען זיין טאטע רבי נחמן טולטשינער ליגן אויף דער ערד און וויינען צום אייבערשטן, דאס איז אין אים אריין אזוי שטארק אז ער האט דאס אויך אנגעהויבן טון.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2090 - פארוואס באקום איך נישט קיין ענטפער אויף מיינע בריוו?
תפילה והתבודדות, ספיקות, חברים, שאלות, ראש ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן פארוואס דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט מיר נישט קיין בריוו. איך האב אסאך פראגעס און ספיקות און איך האב נישט וועמען צו פרעגן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פרוביר צו שיקן נאכאמאל דיינע שאלות, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר ענטפערן.


געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, אים בעטן, און מיט אים זיך דורכשמועסן אלע ספיקות און אלע בלבולים - וועסטו געהאלפן ווערן און דו וועסט נישט אנטוישט ווערן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ט, א) ווען מען פארלאזט זיך אויף א בשר ודם, אויף א גוטער חבר, און מען זאגט יענעם מען האט ארעסטירט דיין חבר, וועט ער זאגן 'איך וועל אים העלפן', און ווען מען קומט אים זאגן מען האט אים אריינגעווארפן אין וואסער - "היכן הוא והיכן פטרונו", וואס קען ער אים העלפן? אבער ביים אייבערשטן איז אנדערש, דער אייבערשטער האט געראטעוועט יונה הנביא פון ווערן דערטראנקען.


נאך זאגן זיי (שם), ווען מען פארלאזט זיך אויף א בשר ודם, אויף א גוטער חבר, און מען זאגט יענעם מען האט ארעסטירט דיין חבר, וועט ער זאגן 'איך וועל אים העלפן', און ווען מען קומט אים זאגן מען האט אים אריינגעווארפן אין פייער - "היכן הוא והיכן פטרונו", וואס קען ער אים העלפן? אבער ביים אייבערשטן איז אנדערש, דער אייבערשטער האט געראטעוועט חנניה מישאל און עזריה פון קאלעך אויבן.


נאך זאגן זיי (שם), ווען מען פארלאזט זיך אויף א בשר ודם, אויף א גוטער חבר, און מען זאגט יענעם מען האט ארעסטירט דיין חבר, וועט ער זאגן 'איך וועל אים העלפן', און ווען מען קומט אים זאגן מען האט אים אריינגעווארפן אין לייבן גרוב - "היכן הוא והיכן פטרונו", וואס קען ער אים העלפן? אבער ביים אייבערשטן איז אנדערש, דער אייבערשטער האט געראטעוועט דניאל פון לייבן גרוב.


נאך זאגן זיי (שם), ווען מען פארלאזט זיך אויף א בשר ודם, אויף א גוטער חבר, און מען פאלט אריין אין א צרה - קען מען נישט אריינלויפן צום חבר אין שטוב, מען גייט צו זיין שטוב און מען קלאפט אין טיר, און עס איז א ספק אויב דער חבר וועט דיר בכלל ענטפערן, אדער ער וועט זאגן 'יעצט בין איך פארנומען', אבער ביים אייבערשטן איז נישט אזוי, "אִם בָּא עַל אָדָם צָרָה", אז א מענטש האט א צרה, "לֹא יִצְוַוח לֹא לְמִיכָאֵל, וְלֹא לְגַבְרִיאֵל, אֶלָא לִי יִצְוַוח, וַאֲנִי עוֹנֶה לוֹ מִיַד", זאל ער נישט שרייען - נישט צו מלאך מיכאל, נישט צו מלאך גבריאל, נאר צום הייליגן באשעפער אליין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2089 - פארוואס ציטער איך פון נפטר ווערן?
תפילה והתבודדות, אמונה, פחדים, משיח, יום המיתה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון האט מיר געבעטן צו שרייבן דעם בריוו פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


איך בין א ניין יעריג אינגל און איך האט שטארק מורא פון נפטר ווערן. איך ווייס אז קיינער לעבט נישט אויף אייביג, איך וויל אבער נישט נפטר ווערן. איך טראכט פון דעם אסאך, און עס נעמט אוועק מיין רואיגקייט און חשק. די מורא איז נישט דווקא פון גיהנום און דאס גלייכן, נאר בכלל פון נפטר ווערן. אויך טראכט איך אסאך וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, צי וועל איך בלייבן אין מיין גוף, וואס גייט געשען מיט מיך, און אזוי ווייטער.


איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א פאר זיין צייט מיר צו ענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד הילד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך געדענק איידער מיין התקרבות צום הייליגן רבי'ן האב איך אויך געהאט א שרעק פון שטארבן, ווען מען האט גערעדט פון שטארבן האט זיך מיר די קישקעס געדרייט, און נאכן מקורב ווערן, נאכן הערן די שיעורים פון מוהרא"ש און לערנען די בריוו פון אשר בנחל - האט זיך אוועק געשטעלט אז ביי ערליכע אידן וואס היטן די תורה - איז שטארבן נישט קיין שרעקעדיגע זאך, אויבן אין הימל איז סאך א שענערע וועלט ווי דא. אזוי פלעגט דער הייליגער רבי זאגן  פאר מענטשן וואס האבן מורא געהאט פון שטארבן: "מַה לָּכֶם לִדְאֹג מִן הַמִּיתָה", וואס זארגט איר זיך פון שטארבן? "הֲלֹא שָׁם הוּא עוֹלָם נָאֶה בְּיוֹתֵר מִכָּאן", אויבן אין הימל איז פיל א שענערע וועלט ווי דא (חיי מוהר"ן, סימן תמה).


אזוי אויך זאלסטו נישט מורא האבן פון משיח צדקינו, מיר פסק'ענען ווי דער רמב"ם (פרק ט' מהלכות תשובה, הלכה ב; פרק יב מהלכות מלכים ומלחמותיהם, הלכה א) אז ווען משיח וועט קומען וועט די וועלט אנגיין אזוי ווי יעצט, מען וועט בלייבן מיט די גופים, מען וועט גיין קיין ארץ ישראל, און יעדער וועט נאר לערנען תורה און רעדן צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רסו): "צווישן מיר און משיח איז נישטא קיין חילוק, איין חילוק איז דא, ביי משיח וועט מער נישט זיין קיין בחירה און יעצט איז נאך דא די בחירה"; משיח צדקינו וועט אריינברענגען אזא ליכטיגקייט אין די וועלט אז יעדער איינער וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים און מען וועט רעדן צום אייבערשטן.


טו וואס דער רבי האט אונז געלערנט, מיר זאלן ניצן דעם שווערד פון משיח, התבודדות ותפילה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ב): "עִקַּר כְּלֵי זֵינוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ הוּא הַתְּפִלָּה", משיח'ס געווער וועט זיין תפילה, "וְכָל מִלְחַמְתּוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה וְכָל הַכְּבִישׁוֹת שֶׁיִּכְבֹּשׁ", אלע מלחמות און אלעס וואס ער וועט איינעמען, "הַכֹּל מִשָּׁם", וועט זיין נאר דורך תפילה.


ווי מער דו וועסט שמועסן און רעדן מיטן אייבערשטן - וועלן אלע שרעק און פחדים אוועק גיין פון דיר, וועסט ווערן רואיג, פרייליך און צופרידן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2088 - דארף מען זיך דערשרעקן אז א נפטר נעמט ארום אין חלום?
פחדים, חלומות, צדקה, נשמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב וויל זייער איך זאל פרעגן איבער דעם וואס זי האט געהאט א חלום ווי אונזער זיידע וואס איז שוין נפטר נעמט איר ארום, און זי וויל וויסן אויב עס מיינט עפעס, צי זי דארף זיין דערשראקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זאג פאר דיין ווייב זי זאל נישט זארגן, זי זאל געבן צדקה לעילוי נשמת דעם זיידן. אויבן אין הימל ווארטן די נשמות זייער שטארק אז מען זאל טון עפעס גוטס פאר זייער נשמה, און אז מען לייגט אריין א פרוטה אין פושקע לעילוי נשמת א זיידע אדער באבע - ווערט זיי זייער גוט.


ווער רעדט נאך אויב מען געבט די פרוטות צדקה פארן צדיק אמת, פארן רבינ'ס זאך, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים וכדומה - איז דאס זייער א גרויסע תיקון פאר די נשמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2087 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס וואשט די הענט צופיל מאל?
חינוך הילדים, קינדער, ספיקות, קאמפלימענטס, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זעקס יעריגער אינגל איז ברוך ה' א געזונט גוט קינד, ער שפילט גוט און ער לערנט פלייסיג ברוך ה'.


ער האט געזאגט פאר מיין ווייב אז ווען ער קומט ארויס פון בית הכסא געדענקט ער נישט אויב ער האט שוין געוואשן די הענט, און ער וואשט אסאך מאל איבער די הענט ווייל ער ווייסט נישט אויב ער האט שוין גענוג געוואשן. מיין ווייב האט אים געזאגט אז מען וואשט נאר די הענט איין מאל ווען מען קומט ארויס פון בית הכסא, און נאכדעם דארף מען נישט נאכאמאל וואשן, אויב מען וואשט מער פון דעם איז שוין פון דעם יצר הרע.


זאל איך עס לאזן ביי דעם, אדער איז דא נאך עפעס וואס איך דארף טון צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט קיין עסק פון דעם, דו געב אים אסאך גוטע ווערטער, אז ער איז א וואויל קינד, אן ערליך קינד; געב אים אסאך גוטע ווערטער - וועסטו האבן אסאך נחת, ער וועט אויסוואקסן געזונט און ערליך.


מען מוז געבן אסאך אסאך גוטע ווערטער פאר קינדער, עס האט נישט קיין שיעור וויפיל; אנדערע מצוות גייט אלעס מיט שיעורים, א לולב דארף זיין כך וכך טפחים, אן אתרוג טאר נישט זיין קלענער ווי אן איי, א סוכה דארף זיין נישט קלענער פון צען טפחים, אבער גוטע ווערטער פאר קינדער - איז אָן א שיעור, מען מוז געבן אסאך גוטע ווערטער, און נאר אזוי וואקסן זיי געזונט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2086 - מתפלל זיין פאר א גט, אדער אז מען זאל צוריק קומען?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין אפגעטיילט פון מיין ווייב פאר א יאר, מיר זענען געווען חתונה געהאט פאר א האלב יאר, ברוך ה' אז מיר האבן נישט קיין קינדער, זי האט ליידער אינגאנצן אפגעלאזט אידישקייט, זי וואוינט מיט הפקירות און דרייט זיך אין שלעכטע פלעצער, און מיר האלטן אינמיטן די פראצעדור פאר א גט, אבער זי איז נישט אינטערעסירט דוקא צו העלפן מיט די פראצעדור, פאר איר איז גוט אזוי אויך, ס'גייט איר גארנישט אן, איך בין אבער געבליבן שטעקן שוין פאר א גאנצע יאר, איך קען נישט זוכן א פרישע שידוך, און איך בין גענצליך צעבראכן פון דעם מצב.


איך ווייס נישט ווי אזוי צו גיין דא ווייטער, און איך וויל וויסן אויב ס'איז ריכטיג מתפלל צו זיין אז מיר זאלן צוריק זיך פאראייניגן טראץ די אלע זאכן, אדער ענדערש מתפלל זיין אז מען זאל קענען פארענדיגן דעם גט און פטור ווערן פון די גאנצע מעשה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געזען דיין בריוו און עס טוט מיר זייער וויי וואס דו מאכסט מיט, דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאלסט האבן א ישועה בקרוב.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן, שמועס זיך אויס מיטן אייבערשטן וואס דו גייסט אריבער, אז דו האסט חתונה געהאט און דיין ווייב איז נישט מיט דיר, און ווי שטארק דו ווילסט געהאלפן ווערן, און דאס אליין - ווי אזוי דו זאלסט בעטן - זאלסטו אויך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, בעט: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל נישט זיין אליין, מיין ווייב איז נישט מיט מיר, עס שלעפט זיך אזוי לאנג די גאנצע פרשה מיט די גט; פון איין זייט בעט איך דיר אז זי זאל מסכים זיין צו נעמען א גט, אזוי וועל איך קענען נאכאמאל חתונה האבן, און פון די אנדערע זייט טראכט איך, 'אפשר זאלן מיר זיך נישט גט'ן, אפשר איז מעגליך זי זאל תשובה טון און צוריק קומען צו מיר', איך בין אזוי צעמישט, איך בעט דיר זייער, העלף מיר, שיק מיר א ישועה, צי אזוי צי אזוי - העלף מיר, איך וויל לעבן א חתונה געהאטע לעבן און זוכה זיין צו קינדער בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די תענוג און נחת רוח וואס מען מאכט אויבן אין הימל ווען א מענטש מיט א צעבראכענע הארץ, מיט א צעבראכענע מוט - קומט צום אייבערשטן, ער וויינט זיך אויס און רעדט זיך אויס זיין הארץ, דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.) ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך וויל נישט אז בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר, "אָנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", נאר איך וויל זיין אליין מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגעניגן, "אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס פארן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות.


מיט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון משיח, פון התבודדות ותפילה - וועסטו געהאלפן ווערן און האבן א ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2085 - ווי אזוי בין איך מוחל דעם וואס האט מיר אזוי אראפגעווארפן?
אמונה, חברים, מדות טובות, טשעפען, איבערבעטן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט ווי אזוי מענטשן לעבן אן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א איך שפיר ווי איך בין ארויס פון מיין גלות, איך קוק נישט אויף אנדערע, איך לעב נישט פאר אנדערע, איך בין נישט תלוי אין קיינעם נאר אינעם אייבערשטן אליין.


איך האב לעצטנס געהערט ביי א שיעור אז מען זאל נישט ברוגז אויף קיינעם, אפילו איינער האט מיר עפעס געטון, ווייל אלעס האט דער אייבערשטער אליין געמאכט. וויל איך פרעגן אז איך האב געהאט איינער א חבר א בחור אין כתה ט' וואס האט זייער חוזק געמאכט פון מיין ערליכקייט און פון מיין לערנען אין פארנט פון די גאנצע כתה, און איך בין באמת געווארן זייער צעבראכן נאכדעם וואס ער האט מיך אזויפיל אראפגעקלאפט כמעט א גאנצע יאר, ער פלעגט מיר זאגן אז דער אייבערשטער איז בכלל נישט צופרידן פון מיר, און אז עכט בין נישט ערליך.


למעשה בין איך דעמאלט געווארן אזוי שטארק צעבראכן פון דעם אז איך בין אראפגעפאלן אין ביטערע עבירות, ווייל איך האב געטראכט אז דער אייבערשטער איז סיי ווי ברוגז אויף מיר.


ברוך ה' אז איך בין אנגעקומען צו די שיעורים און איך ווייס שוין היינט אז דער אייבערשטער האט מיך יא ליב, ווי אזוי קען איך אבער אים מוחל זיין? ער האט מיך באמת דערווייטערט פונעם אייבערשטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען איינער טשעפעט א צווייטן, מען מאכט שאדן א צווייטן - דארף יענער איבער בעטן, און עס וועט גארנישט נוצן ביז ער וועט בעטן מחילה און מען וועט אים מוחל זיין; דאס וואס מען רעדט און מען איז מחזק 'מען זאל נישט זיין ברוגז און אויף קיינעם, אפילו איינער האט עפעס געטון, ווייל אלעס האט דער אייבערשטער אליין געמאכט' - רעדט מען נישט פון איינער וואס האט וויי געטון, יענער מוז איבער בעטן, און אוי ואבוי, אך און וויי אז מען רודפ'ט א צווייטן, מען רעדט לשון הרע, מען טוט יענעם שאדן, מען טוט יענעם וויי, און אויב מען בעט נישט קיין מחילה – "לא יאבה ה' סלוח לו", וויפיל מען ליידט נאכדעם השם ישמרינו...


מען רעדט פונעם נרדף, ווי אזוי ער זאל אננעמען זיין לעבן און וואס עס פאסירט מיט אים; מען זאל ארייננעמען די אמונה, וויסן, געדענקען און גלייבן אז 'קיינער קען מיר נישט גוטס טון און קיינער קען מיר נישט שלעכטס טון, אלעס איז פונעם אייבערשטן', און נישט פרעגן קיין קשיות און שאלות אויף די אמונה, און נישט זיין ברוגז אויפן אייבערשטן.


דיין מעשה דערמאנט מיר די מעשה וואס דער רבי דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה יא) די מעשה פונעם בן מלך און דער בן השפחה וואס מען האט פארביטן, ווי דער אמת'ער בן מלך האט אלעמען באשולדיגט אויף די שרעקליכע זאך וואס מען האט מיט אים געטון, אז מען האט אים אומזיסט פארביטן, און אומזיסט פארטריבן, און ער האט דאס געניצט פאר א תירוץ צו טון עבירות, דער רבי דערציילט: "הָאט עֶס אִים זֵייעֶר פַארְדְרָאסְן וָואס עֶר אִיז פַארְטְרִיבְּן גִיוָוארְן פוּן זַיין מְדִינָה אוּמְזִיסְט, וָוארְן עֶר הָאט זִיךְ אַרוּם גִיקוּקְט פַארְוָואס קוּמְט מִיר דָאס אַז אִיךְ זָאל פַארְטְרִיבְּן וֶוערְן, בִּין אִיךְ אַנְדֶערְשׁ דֶער בֶּן מֶלֶךְ קוּמְט מִיר בְּוַודְאַי נִישט דָאס אַז אִיךְ זָאל פַארְטְרִיבְּן וֶוערְן. אוּן אֲפִילוּ אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט דֶער בֶּן מֶלֶךְ. קוּמְט מִיר אוֹיךְ נִישט דָאס אַז אִיךְ זָאל זַיין אֵיין בּוֹרֵחַ (דְהַיינוּ אֵיין אַנְטְלָאפִינֶער) אוּמְזִיסְט. וָוארְן וָואס הָאבּ אִיךְ גִיזִינְדִיגְט וָואס בִּין אִיךְ דָא שׁוּלְדִיג. הָאט עֶס אִים זֵייעֶר פַארְדְרָאסְן אוּן מַחְמַת דֶעם הָאט עֶר זִיךְ גִינוּמֶען צוּם טְרוּנְק, אוּן אִיז גִיגַאנְגֶען טוּן עֲבֵירוֹת רַחֲמָנָא לִצְּלָן, אוּן עֶר הָאט גִיוָואלְט דֶערְמִיט זִיךְ פַארְבְּרֶענְגֶען זַיינֶע יָארְן. עֶר זָאל שִׁיכּוּרְן אוּן זָאל נָאךְ גֵיין נָאךְ וָואס זַיין הַארְץ גְלוּסְט. וַוייל עֶר אִיז פַארְטְרִיבְּן גִיוָוארְן אוּמְזִיסְט.


דערציילט דער רבי: "דֶערְנָאךְ הָאט עֶר זִיךְ מְיַישֵׁב גִיוֶוען. אִין דֶער דֵיעָה. אַדְרַבָּא. אַז סֶע אִיז יוֹא אַזוֹי. אַז הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ קָאן יוֹא אַזוֹינְס טָאן אַז מֶע זָאל פַארְבַּייטְן אַ בֶּן מֶלֶךְ. אוּן סֶע זָאל אוֹיף אִים אַזוֹינְס אִיבֶּער גֵיין קֶער אִיךְ זֶע מִיךְ יוֹא אַזוֹי צוּ פִירְן. אִיז זֶע רֶעכְט וָואס אִיךְ הָאבּ גִיטָאן. שְׁטֵייט עֶס מִיר אָן אַז אִיךְ זָאל מִיךְ אַזוֹי פִירְן. אַזוֹי וִוי אִיךְ הָאבּ גִיטָאן. אוּן עֶר הָאט אָנְגִיהוֹיבְּן גְרוֹיס צַעַר צוּ הָאבְּן אוּן זֵייעֶר חַרָטָה צוּ הָאבְּן אוֹיף דִי מַעֲשִׂים רָעִים וָואס עֶר הָאט גִיטָאן".


ובכן בעט איך דיר זייער, דו זאלסט טון וואס דער אמת'ער בן מלך האט געטון, גיי התבודדות, גיי יעדן טאג זיך מישב זיין, און בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן א שטארקע אמונה, זאלסט וויסן און געדענקען אז קיינער קען דיר גארנישט טון, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט אונז אין זיין צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ט): "אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אִיר זָאלְט זִיךְ גוּט אַרַיין נֶעמֶען אִין קָאפּ אַז אִיר הָאט נִישְׁט קֵיינֶעם אוֹיף דֶער וֶועלְט. קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט קֶען אַייךְ נִישְׁט הֶעלְפְן, אוּן זִיכֶער קֶען קֵיינֶער אַייךְ נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר נִישְׁט מוֹרָא הָאבְּן פוּן קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט חַנְפְ'עֶנֶען צוּ קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, וַוייל דָאס וֶועט אַייךְ גָארְנִישְׁט הֶעלְפְן, פַארְקֶערְט, דָאס וֶועט אַייךְ נָאר שָׁאטְן צוּם גֶעזוּנְט, וַוייל וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף מֶענְטְשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ זֶעט מֶען אַז יֶענֶער הָאט גָארְנִישְׁט גֶעקֶענְט הֶעלְפְן, יֶענֶער אִיז בִּכְלַל נִישְׁט אִינְטֶערֶעסִירְט דִיר צוּ הֶעלְפְן, דַאן וֶוערְט מֶען זֵייעֶר אַנְטוֹישְׁט, מֶען וֶוערְט זֵייעֶר צוּבְּרָאכְן אוּן צוּקְלַאפְּט פוּן דֶעם. אַ אִיד וָואס גְלֵייבְּט אָבֶּער אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר פַארְלָאזְט זִיךְ אִינְגַאנְצְן נָאר אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דַאן אִיז עֶר זֵייעֶר מַצְלִיחַ"; ביז דו וועסט לעבן מיט אזא שטארקע אמונה, דו וועסט קיינעם נישט באשולדיגן, דו וועסט לעבן א לעבן וואס צדיקים לעבן אין גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2084 - פארוואס איז מיין מאן נישט אזא עובד ה' ווי מיין טאטע און שווער?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס מיר באקומען פון די עצתו אמונה פון די חיזוק יומי, עס געבט אונז אסאך כח צו דינען דעם אייבערשטן און אסאך חיות אין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן איבער א פראבלעם וואס איך האב אין שלום בית מיט וואס איך קען זיך נישט אן עצה געבן. איך האב ברוך ה' חתונה געהאט צו זייער א וואוילער מאן, ער שעצט מיר זייער שטארק, ער העלפט מיר זייער אסאך, ער איז ממש גרייט זיך פשוט מוסר נפש צו זיין פאר מיר און פאר די קינדער, ער וועט טון אלעס אויף די וועלט מיר צו העלפן און מאכן פרייליך, אפילו עס וועט אים אנקומען זייער שווער.


דער פראבלעם וואס איך האב מיט אים איז נאר מיט זיין עבודת ה'. מיר זענען חסידים פון מוהרא"ש נאך פון פאר די חתונה, מיר האבן חתונה געהאט אלס תלמידי היכל הקודש, אבער למעשה זע איך נישט אז ער זאל זיך אויפפירן ווי א תלמיד היכל הקודש. ער האט נישט קיין שיעורים צו לערנען, ער איז אין כולל קוים צוויי שעה א טאג און אויך דעמאלט וועט ער צומאל זיין פארנומען צו מסדר זיין זאכן, באצאלן חשבונות, און דאס גלייכן. ער שטייט נישט אויף אין צייט, גייט נישט אין צייט, און כמעט וואס ער לערנט נישט אינדערהיים, און דאס איז נישט ווי אזוי א תלמיד פון רבי'ן און פון היכל הקודש פירט זיך אויף.


מיין מאן האט ברוך ה' גאלדענע מידות, ער איז זייער איידל און פירט זיך מיט גרויס דרך ארץ, האט נישט צוטון מיט קיינעם, באמת א טייערער אינגערמאן, עס שטערט מיר אבער נאכאלץ אז ער דינט נישט דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין, איך ציטער דאס מערסטע וואס מיינע קינדער וועלן זען אינדערהיים ווען זיי וועלן אונטערוואקסן, איך וויל זיי זאלן זען א טאטע וואס לערנט, אן אמת'ער ברסלב'ער חסיד מיט התבודדות און א פלאקער פון קדושה פאר'ן אייבערשטן. און אנשטאט דעם מאכט זיך אסאך מאל מאל פארנאכטס ווען איך דארף נישט קיין הילף, וועט ער זיך אוועקזעצן מיט עירפאונס צו הערן ניגונים אדער שיעורים.


די איינצעלנע מאל וואס איך האב פרובירט אים מעורר צו זיין אדער בעטן וועגן דעם, איז ער ממש געווארן געטשעפעט פון דעם, ער האט נישט פארשטאנען וואס איך וויל, ער האט געפרעגט מיט ווייטאג אויב ער איז נישט גענוג גוט פאר מיר אדער אויב ער העלפט נישט גענוג. רוב מאל דערוואג איך זיך אפילו נישט אים צו באמערקן אויף די זאכן, ווי אזוי קען איך אים בעטן אז ער זאל גיין צייטליך צום דאווענען, אדער אז ער זאל עפעס לערנען, אין די צייט וואס ער העלפט מיר טאקע אזוי סאך, און ער איז אזוי גוט צו מיר?


ווען ער לערנט יא, אדער ווען ער איז אין כולל, ווייז איך אים ארויס אסאך שעצונג אויף דעם, איך שפיר אבער אז איך ווער פארברענט פון אינעווייניג אז ער איז נישט קיין "עובד ה'". סיי מיין טאטע און אויך מיין שווער זענען ביידע אמת'ע תלמידים פון מוהרא"ש, און יעדעס מאל מיר גייען צו זיי אויף שבתים זע איך זייער דביקות און זייער לערנען תורה, און איך עס זיך נאר מער אויף דאס געזונט פארוואס מיין מאן איז נישט אזוי.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר זאגן וואס צו טון, איך וויל נישט זיין מיין מאנ'ס משגיח, איך וויל אבער יא אז מיינע קינדער זאלן זען אינדערהיים א ביישפיל פון א בן תורה, פון ליבשאפט צו תורה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט ריכטיג צו לייגן אויפן וואגשאל דעם מאן מיטן טאטן, ווייל אייער מאן דארף נישט דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי אייער טאטע, און אייער טאטע קען נישט מאכן די נחת רוח פארן אייבערשטן וואס אייער מאן מאכט, יעדער מענטש האט ספעציעלע זאכן וואס געבט א נחת רוח פארן אייבערשטן וואס קיינער אנדערש קען נישט טון.


אסאך מאל קען דער מאן נישט מצליח זיין אין עבודת השם צוליב דעם וואס די ווייב שעצט אים נישט און האלט נישט פון אים; אפילו אן רעדן און אן זאגן - שפירט מען אין הארץ אז מען איז אראפגעקוקט, און דאס לאזט נישט דעם מאן מצליח זיין.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אזא טייערער מאן, ליינט איבער אייער בריוו: 'איך האב ברוך ה' חתונה געהאט צו זייער א וואוילער מאן, ער שעצט מיר זייער שטארק, ער העלפט מיר זייער אסאך, ער איז ממש גרייט זיך פשוט מוסר נפש זיין פאר מיר און פאר די קינדער, ער וועט טון אלעס אויף די וועלט מיר צו העלפן און מאכן פרייליך, אפילו עס וועט אים אנקומען זייער שווער', וויפיל פרויען וואלטן געוואלט קענען זאגן 'מיין מאן האט ברוך ה' גאלדענע מידות, ער איז זייער איידל און פירט זיך מיט גרויס דרך ארץ, ער האט נישט צוטון מיט קיינעם, באמת א טייערער אינגערמאן', וויפיל פרויען וואלטן זיך געווינטשן פאר א מאן וואס העלפט און איז וואויל...


אז איר זארגט 'וואס וועט זיין מיט די קינדער?' איר ווילט קינדער צדיקים, דאס האט מיט אייך, עס זענען געווען גרויסע צדיקים און גדולי ישראל וואס זענען אויסגעוואקסן פון פשוט'ע שטיבער וואו דער טאטע איז געווען א פשוט'ער איד, און נאר בזכות די ערליכקייט פון די מאמע, פון די תפילות אירע, און פון די צניעות אירע - האבן זיי זוכה געווען צו בנים תלמידי חכמים.


אז איר וועט האלטן טייער אייער מאן, איר וועט זוכן גוטע זאכן אין אים, און נאר זען דאס גוטס - וועט איר אים אזוי אויפהייבן צום אייבערשטן, ענק וועלן זוכה זיין אז די שכינה וועט רוען ביי ענק אין שטוב מיט אלע ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2083 - א"ו ס"י ד"י מיינט שלעכטע מחשבות?
קדושה, רפואה, תפילה והתבודדות, שמחה, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט פאר איינעם וואס רעדט זיך אפ אז ער ליידט אויף א"ו ס"י ד"י (OCD), ער דארף כסדר איבערקוקן אויב די טירן און פענסטער זענען גוט פארמאכט, אויב די געז איז אינגאנצן פארלאשן, און אזוי ווייטער, און דער ראש ישיבה שליט"א ברענגט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע"ב) אז ווי מער מען קוקט צוריק צו די שלעכטע מחשבות, אלץ מער וועלן די מחשבות זיך מתגבר זיין, און דעריבער שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א, "די עצה פאר א"ו ס"י ד"י, די עצה פאר דעם יצר הרע איז 'זיך נישט וויסנדיג מאכן, נישט זוכן צו ענטפערן די מחשבות'. דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, ווען עס קומט דיר אריין אזא נעגאטיווע מחשבה - לאז עס לויפן, גיי נישט קוקן אויב אלעס איז גוט, נאר לאז עס לויפן, טראכט 'עס גייט מיר נישט אן'; ווייל ווי מער מען ענטפערט די מחשבה - קומען זיי צוריק שטערקער".  


ווען מען קוקט אבער אריין אין די תורה זעט מען קלאר אז דער רבי רעדט פון די יצר הרע פון עריות, ווי דער דער רבי שרייבט דארט "יצר הרע המזוהם, העב הגשמי, לבבו הערל". וואלט נישט בעסער געווען צו שרייבן קלאר אז דער רבי רעדט פון דעם, אדער האלט דער ראש ישיבה שליט"א אז דאס גייט אויך ארויף אויף א"ו ס"י ד"י?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געהערט פון א גרויסן דאקטער עליו השלום, א תלמיד היכל הקודש, א תלמיד פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אז מוהרא"ש האט אים געוויזן אין רבינ'ס ספרים יעדע מחלה וואס איז דא היינטיגע טעג; ווי דער הייליגער רבי האט שוין פאראויס גערעדט פון די אלע זאכן, איינע פון די זאכן וואס ער האט מיר דערציילט איז פון די מחלה או. סי. די. מוהרא"ש האט אים געוויזן ווי דער רבי רעדט פון דעם אין ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עב. אויך האט ער מיר איבערגעזאגט אז מוהרא"ש האט אים געוויזן אין רבינ'ס ווערטער די ביטערע מחלה, וואס מוהרא"ש פלעגט ווינטשן פאר די עמלקים; דאס שטייט אין תורה תקעו ממשלה (לקוטי מוהר"ן חלק ב סימן א', אות יא) וואו דער רבי זאגט: "יֵשׁ חוֹלַאַת שֶׁהוּא בְּחִינַת צוֹמֵחַ" וכו', עס איז דא א קרענק וואס וואקסט אינעם מענטש, "כְּמוֹ כֵן יֵשׁ חוֹלַאַת שֶׁגָּדֵל בָּאָדָם כַּמָּה שָׁנִים", אמאל איז דא א קרענק וואס וואקסט אינעם מענטש אפאר יאר, "וְיֵשׁ חוֹלַאַת שֶׁהוּא בָּאָדָם בְּתוֹלָדָה מֵאָבִיו וְאִמּוֹ וְאֵינוֹ נִתְגַּלֶּה אֶלָּא לְעֵת זִקְנוּתוֹ", נאכדעם איז דא קרענק וואס איז גענעטיש, פון די עלטערן, וואס שטילערהייט ליגט עס באהאלטן אינעם מענטש און אויף די עלטער קומט עס ארויס רחמנא לצלן, עיין שם.


דער עיקר עצה פטור צו ווערן פון אלע שלעכטע מחשבות, סיי פון ניאוף און סיי פון נערווען, שרעק, דמיונות וכו' - איז התבודדות און שמחה; די צוויי עצות האט דער רבי זייער אסאך גערעדט, ווייל אין דעם איז אנגעהאנגען אלע רפואות


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.