שאלה אין קורצן ענין
#23 - אפשר געבט איר מיר חיזוק צו נעמען נאר א אידישע שידוך?
קדושה, בחור, שידוכים, חתונה, התחזקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ארבעט פאר פרנסה אין ווייטע לענדער, אויף פלעצער וואו ס'געפונען זיך כמעט נישט קיין אידן, די איינציגסטע קשר וואס איך האב מיט אידישקייט איז נאר וואס איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה.


איך בין אן עלטערער בחור, און אסאך מאל גלוסט מיר פשוט אוועקצואווארפן דאס גאנצע אידישקייט, און חתונה האבן דא מיט א גוי'טע רחמנא ליצלן, ווי אזוי קען איך האבן חיזוק זיך צו דערהאלטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך מיט דעם וואס דער אייבערשטער האט דיר באשאפן מזרע ישראל. ווען א מענטש איז פרייליך ווערט אים ברייט זיין מח מחשבה, אזוי ווי עס ווערט געברענגט (תיקוני זוהר דף סז.): אז 'מחשבה' איז די זעלבע אותיות פון 'בשמחה'; דאס הייסט אז ווען מען איז פרייליך קען מען קאנטראלירן דעם מח צו וויסן דאס גרויסקייט פון זיין א איד.


ווען א מענטש שטארקט זיך צו זיין פרייליך היט אים דער אייבערשטער אליינס אפ פון אלעם שלעכטס און דאס איז א שמירה קעגן פגם הברית, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", אז איך פריי זיך מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט: 'יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ' – איז מער נישט דא קיין עבירות (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט).


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך וועסטו נישט האבן די מחשבות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת - מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח צו וויסן וואס מען האט צו טון אויף די וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ. רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ; כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת, בִּבְחִינַת: "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם, אזוי קומט מען צו ישוב הדעת און מען ווערט אן ערליכער איד.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך בקרוב און לעבן א אידישער לעבן. קלאפ דיר ארויס פון קאפ צו חתונה האבן מיט א גויה וואס דורכדעם רייסט מען זיך אפ פון כלל ישראל. עס איז נישט דא נאך אזא הארבע עבירה ווי חתונה האבן מיט א גויה רחמנא לישזבן, וואס מיט דעם רייסט מען זיך אפ פון כלל ישראל אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (סנהדרין פב.): "הַבָּא עַל הַגּוֹיָה חַיָּב עָלֶיהָ מִשּׁוּם נִדָה שִׁפְחָה גּוֹיָה זוֹנָה, וּכְאִלּוּ הִתְחַתֵּן עִם עֲבוֹדָה זָרָה, וכו'", ווער עס האט חתונה מיט א גויה איז אזוי ווי ער האט חתונה מיט עבודה זרה אליינס און ער איז עובר אויף נאך אסאך הארבע עבירות. נאך זאגן די הייליגע חז"ל (סוטה ג:): "רֶבִּי אֱלִיעֶזֶר אוֹמֵר קְשׁוּרָה בּוֹ כְּכֶלֶב", מען בלייבט צוגעקלעבט מיט איר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#22 - וואס טו איך אז איך וויל נישט פארפאסן מיינע בחור'ישע יארן?
בחור, חתונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אן ערליכער חסידישער בחור אין די יארן פון שידוכים, מיינע עלטערן ווילן מיר שוין זען א חתן, איך שפיר אבער אז איך בין נאכנישט גרייט דערפאר. איך מיין אז די בחור'ישע יארן איז א מתנה פון באשעפער צו קענען שטייגן און הנאה האבן, דאס חתונה האבן ברענגט מיט זיך אסאך נייע התחייבות'ער, און ס'איז אסאך שווערע צו שטייגן נאך די חתונה, און איך וויל נאך הנאה האבן פון מיינע בחור'ישע יארן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר קלאר מאכן וואס איז דער ריכטיגער וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען אז א בחור זאל חתונה האבן ווי פריער. ווען א בחור איז געקומען צום רבי'ן האט דער רבי אים געזאגט: "קום צוריק מיט א טלית"; אזוי ווי מיר געפונען ביי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (קידושין כט:) ווי רב חסדא האט אויסגערימט פאר רב הונא דאס גרויסקייט פון רב המנונא, אז ער איז א גרויסע מענטש, האט רב הונא געבעטן פון רב חסדא: "איך וויל אים זען; ווען ער קומט צו דיר זאלסטו אים אהער שיקן". "כִּי אָתָא, חַזְיֵּיהּ דְּלָא פָּרִיס סוּדָרָא", ווען רב המנונא איז געקומען האט רב הונא געזען אז ער האט נישט קיין טלית, האט ער אים געפרעגט: "מַאי טַעְמָא לָא פְּרִיסַת סוּדָרָא?" פארוואס גייסטו נישט מיט קיין טלית, האט אים רב המנונא געענטפערט: "ווייל איך האב נאך נישט חתונה געהאט", "אַהֲדְרִינְהוּ לְאַפֵּיהּ מִינֵיהּ", האט רב הונא אוועק געדרייט זיין פנים פון אים און אים געזאגט: "חָזִי דְּלָא חֲזִית לְהוּ לְאַפֵּי עַד דְנָסְבַת", דעמאלט זאלסטו נישט קומען צו מיר, ווייל איך וויל נישט זען דיין פנים ביז דו האסט חתונה.


יעצט איז דיר גוט? יעצט קען מען שטייגן? חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז פארקערט, זיי זאגן (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא טוֹבָה", ווילאנג מען האט נישט חתונה איז מען נישט פרייליך, מען האט נישט קיין ברכה און מען האט נישט קיין גוטס; נאכמער זאגן חכמינו הקדושים אויף א צווייטע פלאץ (בראשית רבה, פרשה יז, סימן ב): "כָּל שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא טוֹבָה, בְּלֹא עֵזֶר, בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא כַּפָּרָה, אַף בְּלֹא שָׁלוֹם, אַף בְּלֹא חַיִּים, וְאֵינוֹ אָדָם שָׁלֵם", פאר מען האט חתונה האט מען נישט קיין גוטס, מען האט נישט קיין העלפער, מען האט נישט קיין שמחה, מען האט נישט קיין ברכה, מען האט נישט קיין כפרה, עס פעלט שלום, מען האט נישט קיין לעבן און מען איז נישט א גאנצער מענטש.


ווארף אוועק דיינע חכמות און נעם אן די ווערטער פון די תורה בתמימות ופשיטות. רבי נתן האט געהאט אן אייניקל רבי מיכל'ע, ער איז געווען זייער א גרויסער צדיק און געדינט דעם אייבערשטן מיט תמימות, יעדעס ווארט וואס ער האט געהערט פון זיין זיידע רבי נתן האט ער גענומען בתמימות. דער רבי מיכל'ע פלעגט זאגן פאר בחורים וואס האבן זיך געהאלטן פאר חכמים ווי דיר: "דוּ בִּיסְט נִישְׁט קַיין גוּטֶער", ווען מען האט אים געפרעגט: "פארוואס בין איך נישט גוט?" האט ער געענטפערט: "עס שטייט אין די תורה (בראשית ב, יח): 'לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ', דער אייבערשטער זאגט עס איז נישט גוט צו זיין אליינס אן א ווייב"; דאס ווייסטו אז פארקערט פון גוט איז 'רע' – שלעכט, וואס דאס קומט רחמנא לצלן פון די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לישזבן, אזוי ווי עס שטייט ביי ער ואונן (בראשית לח, ז): "וַיְהִי עֵר בְּכוֹר יְהוּדָה רַע בְּעֵינֵי ה'".


זיי נישט קיין אויבער חכם און האלט זיך נישט קלוגער פון די תורה; זאג דיינע עלטערן זיי זאלן נישט אפזאגן קיין שום שידוך און זאלסט ווי שנעלער חתונה האבן, ווייל עס איז נישט ווערד צו זיין אויף דער וועלט אן א ווייב, ווייל מען קען אראפ פאלן אין ביטערע עבירות. רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות יום הכיפורים, הלכה א, אות א): "מִי שֶׁאֵינוֹ נָשׂוּי - הוּא פָּגוּם בִּבְרִית"; פארקערט ווי דו שרייבסט אז מען קען הנאה האבן ווי לאנג מען האט נישט חתונה.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז, מיר זאלן שוין ארויסגיין פון דעם ביטער'ן גלות, דער גלות וואס כאפט זיך אריין צווישן אידישע קינדער צו טראכטן ווי די אומות העולם וואס דרינגען אריין אין אונז זייערע דיעות אז מען זאל חתונה האבן ווי שפעטער און נישט ברענגען קיין קינדער, נאר מיר זאלן זיך פירן ווי די תורה זאגט - חתונה האבן ווי יונגער און ברענגען קינדער וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#21 - מיין לעבנס שטייגער איז פארדרייט געווארן, ווי אזוי קען איך חתונה האבן?
קדושה, חתונה, תפלות אויף אידיש, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ארץ ישראל, איך הער אסאך די שיעורים און חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך מיט מיינע חברים זענען זיך זייער מחיה דערמיט, א גרויסן יישר כח.


אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א טוט אסאך מיט בחורים, האב איך געקלערט אז אפשר וועט דער ראש ישיבה מיר קענען ארויסהעלפן אין מיין מצב.


איך בין יעצט אין די יארן פון שידוכים, אבער ליידער האב איך געהאט אין די יונגע יארן א קרוב משפחה וואס האט מיר מטמא געווען, און דאס האט פארדרייט מיין לעבנ'ס שטייגער, אז איך זאל האבן אנדערע סארט תאוות און נטיות, אנדערש פון געווענליכע מענער,  און צוליב דעם איז מיר שווער צו טראכטן ווי אזוי איך וועל קענען נארמאל חתונה האבן.


איך וויל וויסן אויב ס'איז טאקע נישטא קיין וועג ארויס פון מיין מצב? דארף איך טאקע חתונה האבן בלויז ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, כאטש וואס איך האב נישט קיין שום געפיל דערצו? ווי אזוי קען זיין אז דער אייבערשטער זאל מיר געבן אזא שווערע נסיון וואס ס'זעט אויס ווי ס'איז בכלל נישטא קיין לעזונג דערצו? פון אויבן אויף ליגט דאס בכלל נישט אין מיינע הענט, איך האב נישט קיין בחירה אין דעם.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן חיזוק און הדרכה וואס צו טון וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות קען מען זיך אויסהיילן פון אלע שלעכטע מידות און ארויסגיין פון אלע שלעכטע תאוות. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן זאלסטו אויך גלייבן אז דו קענסט פאררעכטן; נישט דא אזא זאך צו זאגן: 'איך בין פארפאלן', ווייל דער רבי האט עצות ווי אזוי מען קען ארויסקריכן פון אלע פראבלעמען.


נעם אריין אין דיר וואס דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; אפילו א מענטש זאל אפטון די ערגסטע עבירות קען ער נאך אלץ צוריק קומען צום אייבערשטן, אז דו וועסט נעמען די עצות פון רבי'ן - בפרט די עצה פון התבודדות וועסטו זוכה זיין ארויס צו קריכן פון דיינע פראבלעמען, דו וועסט ווערן א געזונטער מענטש, חתונה האבן און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


הדבר הראשון, גיי אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן; רעד צו אים אזוי ווי דו רעדסט צו דיינס א חבר. דערצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, דערצייל אים וואס מען האט געטון מיט דיר אין דיינע יונגע יארן, ווי דער אכזר הרוצח - דיין קרוב משפחה - האט דיר מטמא געמאכט השם ישמרינו, דער רשע האט דיר אויסגענוצט פאר זיינע תאוות רחמנא לצלן. בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל 'וועלן חתונה האבן' און זיין א געזונטער מענטש. איך בין קראנק צו טון עבירות, וואס זאל איך טון? איך האב געהאט א שווערע יוגנט, איך האב נישט געוויסט פון וואס מען דארף זיך היטן. איינער - א קרוב משפחה - האט מיר אויסגענוצט פאר עבירות ביז איך אליינס בין שוין פארדרייט מיט די עבירות אז עס איז מיר נמאס דאס לעבן, איך בין צעבראכן כחרס הנשבר.


הייליגער באשעפער, זיי מיר מוחל אויף מיינע שלעכטע מעשים וואס איך טו. איך טו תשובה מיט מיין גאנצע הארץ און איך זאג דיר צו אז איך גיי מער נישט זינדיגן, איך בעט דיר העלף מיר איך זאל אלעס פארגעסן, פארמעק מיין עבירה; איך זאל פארגעסן וואס איז געווען און אנהייבן א נייע לעבן".


לייג צו דיינע אייגענע תפילות; קארג נישט קיין דיבורים, וועט עס ארויסגיין פון דיר. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד) אז ווען א מענטש זינדיגט ווערן די עבירות אריין געקריצט אין זיינע ביינער, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנֹתָם עַל עַצְמוֹתָם", און דאס הרג'עט דעם מענטש. אזוי ווי עס שטייט (תהילים לד, כב): "תְּמוֹתֵת רָשָׁע רָעָה", דאס רשעות פונעם מענטש טוט אים הרג'נען; אבער ווען א מענטש איז זיך מתוודה פאר'ן אייבערשטן, ער דערציילט פאר'ן אייבערשטן יעדע זאך וואס ער האט געטון און בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, דורכדעם גייען ארויס אלע עבירות פון זיינע ביינער.


צווייטנ'ס, זאלסטו איבערגעבן פאר די פאליציי דעם מניוול ומושחת וואס האט דיר גע'הרג'ט דיין לעבן. דורכדעם וועסטו מקיים זיין די מצוה פון (דברים כא, כא): "וּבִעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּךָ, וְכָל יִשְׂרָאֵל יִשְׁמְעוּ וְיִרָאוּ"; האב נישט קיין שום רחמנות אויף אים! איינער וואס טוט עבירות מיט קינדער דארף מען איינשפארן אין תפיסה פאר'ן לעבן אן קיין רחמנות, עס איז נישט דא קיין שום לימוד זכות אויף דעם. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן ח): "אָסוּר לְלַמֵּד זְכוּת עַל זֶה שֶׁעָבַר עַל מִשְׁכַּב זָכָר", אויף אזא מענטש טאר מען נישט מלמד זכות זיין; זיי דארף מען איינשפארן אין תפיסה פאר זייער גאנץ לעבן און דארט זאלן זיי אויסגיין.


ביי א מניוול איז נישט דא קיין רחמנות און מען טאר אויף זיי נישט קיין רחמנות האבן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ילקוט שמעוני, פרק טו, סוף רמז קכא): "כָּל שֶׁהוּא רַחֲמָן עַל אַכְזָרִים לַסּוֹף נַעֲשֶׂה אַכְזָר עַל רַחְמָנִים", ווער עס האט רחמנות אויף אכזרים וועט צום סוף ווערן אן אכזר אויף וועם מען דארף רחמנות האבן; מוהרא"ש זאגט: "א שאד אז די רעגירונג געבט נישט אויף דעם קיין טויט שטראף", ווייל די אלע קינדער וואס פאלן קרבנות פאר די מניוולים וואקסן אויף בעלי מומים און אזוי פארבלייבן זיי במשך זייער גאנץ לעבן, השם ישמרינו. עס איז נישט דא קיין שום רפואה אויף דעם, קיין שום טערעפיסט, דאקטער וכדומה קען דאס נישט היילן נאר אז מען נעמט דעם רבינ'ס עצות.


נאך א עצה איז דא פון רבי'ן ארויס צו קריכן פון די בלאטע וואו דו ליגסט נעבעך, דאס איז לערנען משניות. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, ער האט מקובל פון אנשי שלומינו אז דער שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות. אפילו איינער וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה הנ"ל - ווי גרויס תורה איז, האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן צי דאס איז אויך געזאגט געווארן פאר איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. האט אים דער רבי געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס, תורה איז בתפארת און ברית איז ביסוד. דאס הייסט, אפילו דער מענטש וואס האט פוגם געווען בברית, ער האט קאליע געמאכט דעם יסוד וכו', אויב וועט ער לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה וואס איז בתפארת, וועט ער אלעס מתקן זיין און ווערן אן ערליכער איד"! (חיי מוהר"ן, סימן תקעג).


אויב דו וועסט אננעמען די צוויי עצות מיט אן ערנסקייט, דו וועסט יעדן טאג גיין אביסל התבודדות און אויך זיך באפלייסן אין לערנען משניות - וועסטו זוכה זיין ארויס צו קריכן פון דיין פארדרייטע לעבנסשטייגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#20 - וואס טוט מען אז נאך די חתונה האט מען ווייטער נסיונות?
חתונה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די חיות און חיזוק וואס איך שעפ שוין די לעצטע פינף יאר פון די שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב חתונה געהאט פאר נישט לאנג צוריק מיט א ליכטיגע אשת חיל, און איך שפיר ממש ווי א נייער מענטש. איך האב ב"ה געלערנט חתן שיעורים ביי א ברסלב'ער חתן רבי [וואס בעט נישט קיין געלט], און איך ווייס זיך צו היטן פון פרישות, איך האב ב"ה א גליקליך לעבן.


ווען עס קומט אבער די געוויסע צייטן, ווייס איך נישט וואס צו טון, איך שפיר ווי איך ווער צוריק א בחור, און איך פאל יעדעס מאל דורך רחמנא ליצלן. איך האב געמיינט אז נאך די חתונה איז נישטא מער קיין נסיונות, איז דא עפעס וואס איך טו נישט גוט?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן אן עצה פאר מיר.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז ווער עס היט זיך נישט פון די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה ווערט צום סוף משוגע... די עבירה רייסט אויס דעם מענטש און עס נעמט אוועק פון אים די גאנצע שכל.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו) אז רוב משוגעים ווערן משוגע פון די עבירה פון פגם הברית און אלע צרות וואס מען ליידט קומט פון פגם הברית, פון מוציא זיין זרע לבטלה רחמנא לצלן רחמנא לישזבן. די עבירה מאכט אז דער מענטש זאל אלעס פארלירן.


אז דו ווילסט זיך ראטעווען פון דעם יצר הרע נעם דעם רבינ'ס עצה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן א): "עִיקָר הַכְנָעָתוֹ שֶׁל יֵּצֶר הָרָע, הוּא עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", דער עיקר עצה ווי אזוי מען קען פטור ווערן פונעם יצר הרע איז דורך לערנען תורה, "וְהַתּוֹרָה הִיא בְּחִינַת וָי"ו", און די תורה איז אזוי ווי די פארעם פונעם אות ו', ווייל די לוחות איז געווען ברייט זעקס טפחים און לאנג זעקס טפחים, "וְהַוָי"ו הוּא צוּרַת מַקֵּל", און דער אות ו' זעט אויס ווי א שטעקן, "כִּי הַתּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה מַכְנִיעַ אֶת הַיֵּצֶר הָרָע שֶׁרוֹצֶה לַעֲשׂוֹת אֶת הָאָדָם מְשׁוּגָע מַמָּשׁ חַס וְשָׁלוֹם", קומט אויס אז די תורה איז צוגעגליכן צו א שטעקן, פונקט ווי א משוגענער פארשטייט נאר ווען מען שלאגט אים מיט א שטעקן, אזוי אויך דער מענטש וואס זינדיגט, וואס ער איז אויך א משוגענער, פארשטייט אויך נאר ווען מען שלאגט אים מיט די תורה; מיט ששה סדרי משנה, דאס איז דער וא"ו, נאר די תורה האט די כח צו מאכן א מענטש אויפהערן זינדיגן.


אז דו האסט חתונה געהאט און עס פלאקערט אין דיר ווייטער די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן צוליב דיין רגילות פון דיינע יונגע יארן, זאלסטו נעמען די עצה פון הייליגן רבי'ן און זאגן אסאך משניות. עס איז נישט דא נאך א זאך וואס זאל אויסרייסן דאס שלעכטס פונעם מענטש ווי לימוד משניות. ווען מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס משניות טוט פאר'ן מענטש וואלטן זיך אלע געפלייסט אין דעם, משניות האט א סגולה אז עס רייניגט די נשמה און עס נעמט אראפ פון איר אלע פלעקן.


איך בעט דיר זייער זאלסט אפלאזן דיינע שלעכטע מעשים, ווייל חוץ וואס דו ברענגסט א שאדן אויף דיין נשמה וועסטו אויך האבן א שאדן אויף דיין גוף, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רמ, סעיף יד): ווען א מענטש איז פוגם בברית - "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו", ווערט ער אפגעשוואכט און פארעלטערט, און ער פארלירט די כוחות. אזוי אויך ווערן אים די אויגן אפגעשוואכט, עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון זיין מויל; "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פון קאפ און פון די אויגן ברעמען פאלן ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אויף אים נאך אסאך ווייטאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו טון תשובה שלימה.

#19 - אויף חתונות שפארט מען, פארוואס אויף אומאן געבט מען יא אויס געלט?
אומאן, חתונה, אידיש געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר נישט אויסצוגעבן איבריג געלט אויף אידישע שמחות, אז מ'זאל שפארן ווי ווייט מעגליך און נישט מאכן קיין טייערע שמחות.


למעשה אבער ווען ס'קומט צו אומאן, וואס דאס קאסט אויך אסאך געלט פאר די טיקעטס, אכסניה, און אזוי ווייטער, דארט געבט מען יא אויס אסאך געלט. פארוואס איז דאס אנדערש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו פארשטיין דער חילוק פון אויסגעבן געלט פאר נישטיגע פאר שעה ווען מען מאכט א שמחה צו געווינען דערביי אביסל כבוד המדומה וכו', ביז אויסגעבן געלט צוליב פארן קיין אומאן צו א צדיק וואס האט מבטיח געווען פאר ווער עס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה אז ער וועט אים פאררעכטן מיט אן אייביגער תיקון.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


די אלע וואס פארן קיין אומאן און צאלן אלע געלטער זוכה זיין צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה ביי זיי איז דאס ווי ווען עס ווארט פאר א מענטש א שווערע משפט. ווען מען שטייט פאר א משפט נעמט מען דעם גרעסטן לויער וואס עס איז נאר דא; ווער רעדט נאך אויב עס ווארט פאר א מענטש א משפט פון טויט שטראף רחמנא לצלן, דאן נעמט מען דעם גרעסטן לויער וואס איז נאר דא אין די גאנצע וועלט - אפילו עס זאל קאסטן אסאך געלט, און מען וועט טון אלעס וואס מען קען צו באקומען דעם גאר טייערן לויער וואס ער קען אפשר ראטעווען דעם מענטש. דאס זעלבע איז ווען עס קומט ראש השנה, דער גרויסער יום הדין וואס: "וְכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן, כְּבַקָּרַת רוֹעֶה עֶדְרוֹ, מַעֲבִיר צֹאנוֹ תַּחַת שִׁבְטוֹ, כֵּן תַּעֲבִיר וְתִסְפֹּר וְתִמְנֶה וְתִפְקֹד נֶפֶשׁ כָּל חָי, וְתַחְתֹּךְ קִצְבָה לְכָל בְּרִיּוֹתֶיךָ, וְתִכְתֹּב אֶת גְּזַר דִּינָם", דארף דאך א מענטש טון אלעס אויף די וועלט צו נעמען א גוטן לויער, איינער וואס וועט אים העלפן ניצול צו ווערן פון די שלעכטע גזירות.


דער רבי - ער איז דער גרעסטער לויער וואס איז דא אויף די וועלט; דערפאר פארן מיר קיין אומאן אויף ראש השנה אפילו עס איז אונז שווער, און מיר צאלן פאר דעם אלע געלט וואס פארלאנגט זיך פאר דעם אבי צו זיין אין אומאן ראש השנה.


עס איז א גרויסע רחמנות אויף אידישע קינדער אז ווען עס קומט די צייט פון מאכן שמחות ווערט מען א בעל חוב, מען ווייסט נישט וואו זיך אהין צו טון; מען בארגט פון חברים, קרובים, משפחה און מען קען דאס נישט באצאלן ווען עס קומט איין שמחה נאכ'ן צווייטן. רבי נתן זאגט: "פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם גלייך, אבער פאר איבעריגע זאכן, פאר מותרות און נארישקייטן - דארט ווערט מען פארשווארצט".


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, ער זאל אונז ארויסנעמען פון די גלות פון די אומות העולם און פון אונזער אייגענע גלות וואס מיר לייגן זיך אליינס ארויף, עס זאל שוין מקיום ווערן וואס מיר בעטן יעדן טאג ביים דאווענען: "וּשְׁבֹר עוֹל הַגּוֹיִם", דער גלות פון די פעלקער, "וְעוֹל הַגָּלֻיּוֹת", און די אייגענע גלות, "מֵעַל צַוָּארֵנוּ, וְתוֹלִיכֵנוּ מְהֵרָה קוֹמְמִיּוּת לְאַרְצֵנוּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#18 - וואס איז די יושר נישט צו געבן פאר א כלה טייערע צירונגען?
חתונה, חיזוק פאר פרויען, אידיש געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך אייערע שיעורים, און איך מיט מיין גאנצע משפחה שעפן אסאך חיזוק און אמונה פון די שיעורים.


ביז עס איז אבער אנגעקומען די שמועס איבער די צירונגען פאר א כלה, דאס קען איך שוין נישט פארשטיין, און דאס טוט מיר זייער וויי.


איך האב געהערט אז איר האט געקויפט א זייגער פאר אייער כלה פאר בלויז 195$, ס'איז טאקע א שיינע זאך צו שפארן געלט, אבער כ'האב מורא אז מענטשן וועלן דאס אויסנוצן אויף נישט א ריכטיגן אופן.


איך פארשטיי נישט; א מיידל האט א געשמאקע לעבן, און זי גייט און זי איז זיך משעבד צו א מאן, זי נעמט זיך אונטער צו האדעווען קינדער, זי איז מוותר אויף איר שלאף, אויף איר האר, אויף אירע כוחות, און אויף אלעס, און זי האט חתונה מיט א בחור וואס איז א גרויסער ספק אויב ער וועט איר טאקע מכבד זיין, רוב היינטיגע חתנים זענען נישט אזעלכע זיסע צוקערדיגע מענער, און רוב חתנים שטייען נידריגער אין יראת שמים ווי די כלות.


איז דא כאטש איין זאך מיט וואס די כלה קען זיך טרייסטן, כאטש איין זאך מיט וואס זי ווערט באצאלט, דאס איז מיט די טייערע צירונגען, מיט דעם קען זי זיין אביסל פרייליך; און יעצט גייט מען און מען נעמט דאס אויך צו פון איר?! סתם חתונה האבן אומזיסט, נישט באקומען רעספעקט פונעם מאן, און זיין א שפחה בחנם?!


און בכלל איז דאס נישט גלייך אויף גלייך, אפשר זאל די מאמע אליין אויפנייען די בעקיטשעס און קליידער פאר'ן חתן, אזוי וועט עס אויך אויסקומען צו בלויז 159$? אפשר זאל דער חתן קויפן די ביליגע קאפל-שטריימל? אין די תורה זעט מען פארקערט, מ'זעט אז אליעזר האט געגעבן צירונגען פאר רבקה, אבער רבקה האט נישט געגעבן מלבושים פאר'ן חתן.


ביי אסאך מוסדות רעדט מען צו די מיידלעך אז זיי זאלן מוותר זיין אויף די טייערע צירונגען, און איך מיין אז דאס איז נישט ריכטיג. ס'איז טאקע א שיינע זאך חתונה צו מאכן אן חובות, אבער ס'איז נישט קיין חכמה צו צעקוועטשן די וואוילע פרויען בלויז ווייל ס'איז יעצט אין סטייל צו שפארן געלט ביי חתונות.


איך האף איר וועט מיר דאס קענען ענטפערן, און מזל טוב צו די שמחה, מיט אסאך נחת דקדושה.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען אז מיין זון - בני בכורי נרו יאיר איז א חתן געווארן למזל טוב מיט א מיידל א תלמידה פון בית פיגא ברסלב.


אסאך יארן האב איך געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר העלפן איך זאל טרעפן שידוכים פאר מיינע קינדער יונגערהייט כדי זיי זאלן גיין צו די חופה בקדושה ובטהרה, אויך האב איך געבעטן דעם אייבערשטן זייער אסאך איך זאל טרעפן א כלה וואס איז מקורב צום רבי'ן, א כלה וואס קומט פון א שטוב וואו דער רבי איז חשוב און געעהערט; א כלה וואס ווייסט וואס דער לעבן איז און וואס וויל חתונה האבן נישט פאר די פאר שעה פון די חתונה נאכט, נאר וואס וויל אויפשטעלן א ערליכע שטוב, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן.


דאס וואס איר פרעגט: "היתכן מען זאגט מען זאל געבן פאר די כלה נישט עכטע צירונגען וכו'"; איר דארפט פארשטיין אז די מענטשן וואס מאכן חתונה - רוב פון זיי האבן נישט קיין געלט פאר זייער טאג טעגליכער לעבן, כל שכן ווען עס קומט אונטער א שמחה, א צייט וואס מען דארף זיך פרייען, קענען זיי זיך אבער נישט באמת פרייען ווייל זיי דארפן שאפן געלט; ביז מען שאפט פון וואו צו בארגן איז א שווערע זאך און באצאלן די חובות איז נאך שווערער, ווייל אין די צייט וואס מען הייבט אן באצאלן קומט אונטער נאך א קינד חתונה צו מאכן און אזוי ווייטער. פון דעם געשעהט אז מענטש האלטן זיך אפ פון טון שידוכים מיט זייערע קינדער אין צייט, מען ווערט צעבראכן ביז מען ווערט נישט געזונט רחמנא לצלן.


ביי אונז אין די קהילה זענען פארהאן אינגעלייט וואס מאכן חתונה, זיי האלטן ביי זייערע ערשטע קינדער און זיי דערטרינקען זיך שוין אין חובות פון שווערע צענדליגער טויזנטער דאללער.


דערפאר האב איך געוויזן פאר מיינע תלמידים ווי גליקליך מען קען זיין מיט צירונגען וואס קאסט ביליג; ברוך ה' אז  אין היכל הקודש ביים רבי'ן איז שלום בית א יסוד היסודות, איך וואונטש פאר אלע אידישע פרויען זאלן האבן אזא שלום בית ווי ביי תלמידי היכל הקודש, און אז מען געבט פשוט'ע צירונגען לויט וויפיל מען פארמאגט וועלן די פרויען נישט ווערן פון דעם צעדרוקט, דער רבי האט אונז זייער מחזק געווען מיר זאלן מכבד זיין די ווייבער.


קיינער זאגט נישט אז מען זאל נישט געבן קיין מתנות פאר די כלה און קיינער זאגט נישט מען זאל נישט געבן צירונגען, אבער מען קען נישט געבן קיין טייערע צירונגען ווען מען האט נישט קיין געלט; מאכט א חשבון, וואס קאסט פאר א מחותן מתנות נאר פאר איין קינד? אנגעהויבן מיט די ברעיסלעט פון זעכצן הונדערט דאלער, נאכדעם די רינגל פון צוויי טויזנט דאלער, די זייגער צוויי טויזנט דאלער, אויערינגלעך צוויי טויזנט דאלער, נאכדעם א פערל קייטל פאר אכט הונדערט דאלער, און נאך א צירונג, האלט מען שוין כמעט ביי צען טויזנט דאלער; פרעג איך אייך, ווען דער מחותן האט די געלט קען מען נאך פארשטיין, אבער אז עס איז נישט דא קיין געלט איז דאך א הימל געשריי אז מען דארף געבן טייערע צירונגען.


זייטס נישט ברוגז אויף די מוסדות וואס לערנען אויס די קינדער זיי זאלן זיין צופרידן מיט א פשוט'ע וועג פון לעבן; געבענטשט זאלן זיין די מוסדות וואס רעדן צו מיידלעך זיי זאלן מסכים זיין צו נעמען א פאלשע שטיין ווען קיינער איז נישט קיין מבין און קיינער ווייסט נישט קיין חילוק פון א עכטע שטיין ביז א פאלשע שטיין, נאר דער וואס ארבעט מיט דיימאנטען וכו'.


אליעזר עבד אברהם האט געגעבן צירונגען לויט די פארמעגן פון אברהם אבינו און חס ושלום א מענטש זאל גיין בארגן געלט און נישט באצאלן צו קויפן טייערע צירונגען; מיר טארן נישט גיין גנב'נען כדאי צו מקיים זיין וואס אליעזר עבד אברהם האט געטון, מיר דארפן קוקן וויפיל מיר פארמאגן.


דאס וואס איר טענה'ט אז א פרוי ווערט נישט געשעצט אין שטוב זאל זי כאטש האבן אירע צירונגען וכו'; איך ווייס נישט אויב דאס איז טאקע אזוי ווי איר זאגט. לויט ווי איך פארשטיי, אויב א פרוי ווערט דערנידערט פון איר מאן און איר מאן וועט אהיים קומען און איר געבן א טייערע מתנה וועט זי צוריק ווארפן די מתנה אין פנים, זי וועט עס נישט וועלן אנטון; איז ממה נפשך פעלט נישט אויס קיין טייערע מתנות, ווייל אויב איז די פרוי די קעניגן אין שטוב, דער מאן רעדט צו איר ווי אן ערליכער איד, ער האט סבלנות און ער ווייסט אירע אומשטענדן און אירע צייטן וכו', אזא פרוי איז א געבענטשע פרוי, זי דארף נישט קיין טייערע צירונגען וואס קומט פון געבארגטע געלט, פון בלוטיגע געלט, זי פריידט זיך מיט איר מאן און קינדער; ווידעראום אויב די פרוי נישט חשוב, דער מאן פירט זיך מיט איר נישט ווי אן ערליכער איד, וועט זי נישט ווערן צופרידן פון טייערע צירונגען.


זייט מיר מוחל, איך האב נישט געמיינט צו מבזה זיין און צעדרוקן וואוילע פרויען; איך רעד זייער אסאך צו מיינע תלמידים זיי זאלן מכבד זיין די ווייבער, איך וויל פשוט אויסלערנען מיינע תלמידים זיי זאלן נישט אריין פאלן אין חובות, זיי זאלן זען אז מען קען חתונה מאכן קינדער אן אויסגעבן געלט אן בארגן געלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#17 - מעג איך נעמען א זינגער אויפ'ן חתונה וואס איז נישט אזוי ערליך?
חתונה, ניגונים, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זיך נאכאמאל באדאנקען אויף אלע שיעורים, בריוו, און די ניגונים וואס איך הער א גאנצן טאג, וואס איז מיר זייער מחזק.


איך בין א חתן ב"ה, און גרייט זיך אויף די חתונה בשעה טובה ומצלחת. איך האב געוואלט פרעגן אזוי ווי ס'איז דא א בחור אין מיין ישיבה וואס קען שיין זינגען, און ער איז מסכים צו קומען זינגען אויף מיין חתונה פאר אומזיסט. דער פראבלעם איז אבער אז ער איז נישט אזא ערליכער, ער איז נישט אזא ירא שמים, ער קען רעדן אמאל מיאוס וכו'. און דער רבי האט דאך גערעדט זייער שטארק אז מ'טאר נישט הערן ניגונים פון א מנגן רשע.


אויב וועל איך אבער נעמען א זינגער א ירא שמים, וועט עס מיר קאסטן אפאר טויזנט דאלער. וואס זאל איך ענדערש טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט נעמען דעם בחור צו זינגען ביי דיין חתונה; מיר ווייסן נישט ווער עס איז א מנגן רשע. אפילו די וואס זעען אויס פון אינדרויסן ווי ערליכע אידן ווייסט מען נישט באמת זייער פנימיות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קטז): "מען קען נישט דערקענען א צדיק פון אינדרויסן", און זיכער ווייסן מיר נישט ווער איז דער רשע וואס מען טאר נישט הערן פון אים קיין ניגונים.


דער הייליגער רבי געבט אויף דעם אן עצה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): אז מען לערנט גמרא ביינאכט העלפט דאס פאר'ן מענטש אז עס זאל אים נישט שאדטן די ניגונים פון א מנגן א רשע; ביינאכט מיינט מען צו זאגן ווען עס איז נאכט פאר'ן מענטש, עס גייט איבער אויף אים שווערע ביטערע נסיונות, דעמאלט זאל מען אנטלויפן צו די הייליגע תורה, וועט די תורה ראטעווען דעם מענטש עס זאל אים נישט שאדטן די אלע ניגונים.


אז דו גייסט יעצט צו דיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו לערנען גמרא יעדן טאג פון דיין לעבן; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא. נעם דעם דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה.


עס איז כדאי דו זאלסט זען וואס דער הייליגן זוהר זאגט (פרשת קדושים, פה:) וואס עס ווערט אויבן אין הימל ווען א מענטש זאגט די ווערטער פון די תורה אפילו ער פאשטייט נישט וואס ער זאגט און אפילו ער זאגט דאס מיט טעותים.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט נאכדערציילט פון הרב החסיד ר' לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה, אז ער האט געקענט מענטשן וואס האבן נישט געוואוסט פון זייער לעבן צו זאגן פאר זיי זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, זיי זענען געווען פוסטע יונגען, ליידיגע מענטשן, אבער ווען זיי זענען מקורב געווארן צום רבי'ן און האבן אנגעפאנגען צו פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, זיי האבן אנגעפאנגען זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג, אסאך בלעטער גמרא און סימנים שולחן ערוך, זענען זיי געווארן שפעטער גרויסע גאונים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

#16 - ס'קומט מיר נישט אונטער קיין בזיונות, ווי אזוי קען איך תשובה טון?
חתונה, תשובה, בזיונות, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן, איך גרייט זיך אויף מיין חתונה בשעה טובה ומצלחת, און איך וויל וויסן ווי אזוי איך קען תשובה טון אויף פגם הברית.


איך ווייס אז דער רבי זאגט אז יעדער קען תשובה טון, אבער למעשה וויל איך וויסן ווי אזוי מ'פאררעכט דאס. איך ווייס אויך אז דער רבי האט געזאגט אז דער עיקר תשובה איז אפצושווייגן אויף בזיונות, וואס זאל איך אבער טון אז ס'קומט מיר נישט אונטער קיין בזיונות?


אויך וויל איך וויסן, אזוי ווי איך זע אז אלס חתן בין איך ליידער אויך אראפגעפאלן, וויל איך וויסן צי ס'גייט זיך טאקע טוישן ביי מיר נאך די חתונה? ווייל איך זע בריוו פון אינגעלייט וואס זאגן אז זיי פאלן אויך אראפ.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


מזל טוב חתן! דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב.


דו דארפסט זיך זייער פרייען אז דו גייסט שוין צו דיין חתונה; דו ווייסט דאך אז פאר א חתן איז מען מוחל אלע עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יז, א; הובא ברש"י בראשית לו, ג): "שְׁלֹשָׁה מוֹחֲלִים לָהֶן עֲוֹנוֹתֵיהֶן - גֵּר שֶׁנִתְגַּיֵּר, וְהָעוֹלֶה לִגְדוּלָּה, וְהַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה", פאר די דריי מענטשן איז מען מוחל זייערע עבירות, א גר וואס איז זיך מגייר, ווען איינער איז עולה לגדולה און א חתן וואס האט חתונה, אזוי ווי עס שטייט "מָחֲלַת" - שֶׁנִּמְחֲלוּ עֲוֹנוֹתָיו.


יעצט ווען דו גייסט חתונה האבן גייסטו אנהייבן א נייע בלעטל אין לעבן; דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", און דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", אז מרקדים איז טייטש 'טאנצן און שפרינגען'; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פון דאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


איך בעט דיר טייערער חתן, שלעפ נישט מיט מיט דיר דיין גאנץ לעבן דיינע אלטע חטאים. וואס איז געווען איז געווען, יעצט הייבט זיך אן אלעס פונדאסניי; איך ווייס אז דער יצר הרע פארגינט דיר נישט אז דו גייסט חתונה האבן און דו גייסט ווערן הייליג און ריין, דערפאר ברענגט ער דיר אריין כל מיני פראגעס און ער צעברעכט דיר מיטן מאכן טראכטן אז דו וועסט אייביג אראפ פאלן וכו'.


בעט איך דיר חתן, פארגעס וואס איז געווען און הייב אן מיט א נייע התחלה; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "'ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה', ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז אדורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פונדאסניי".


מאך זיך א שיעור אין משניות, דאס וועט דיר אויסוואשן פון דיינע חטאים; אפילו דו פארשטייסט נישט אין אנהייב וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער, ווייל ווער עס זינדיגט אין די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן ווער אים פאר'תם'ט די קאפ אז ער קען זיך שוין נישט קאנצעטרירן און פארשטיין וואס ער לערנט. זאלסט זאגן אסאך משניות וועסטו זיך אינגאנצן אפוואשן פון דיין עבר און דו וועסט זיין אפגעהיטן אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צו דיין חתונה מיט מזל און ברכה.

#15 - פארוואס זאלן די ביליגע חתונות זיין נאר פאר ברסלב?
חתונה, מוהרא"ש, אידיש געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ס'איז זייער צום באוואונדערן אייער גרויסער כח בכלליות, און בפרט אין דעם ענין פון חתונה מאכן פראקטיש און ביליג, און נישט פארפאטשקענען אזויפיל געלט און צייט ווען מ'האט גארנישט דערפון.


מיין שאלה איז אבער פארוואס מ'זעט נישט מענטשן זאלן דאס נאכמאכן? די חתונה סטאנדארט ביים היימישן ציבור איז דאך אזוי הויך און איבערגעטריבן, פארוואס זאלן אנדערע רבנים און ראשי ישיבות דאס נישט נאכמאכן און אויך מאכן חתונות אין שול פאר ביליג, פארוואס זאל דאס זיין נאר פאר היכל הקודש ברסלב?


וואס קען מען טון אז דער געדאנק זאל ווערן מער באוואוסט און אנגענומען ביי גאנץ כלל ישראל?


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך האב פשוט נישט די ווערטער גענוג צו באדאנקען, איר זענט ממש פון די פלאי הבריאה, אייערע זכותים זענען אומשאצבאר.


אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז נעכטן איז פארגעקומען די פינפטע חתונה אין ישיבה - אזוי שיין און אזוי אידיש; עס האט גארנישט געפעלט פאר די חתונה, עס איז געווען אזוי פרייליך. די חתן כלה זענען אזוי פרייליך, און די עלטערן זענען משונה פרייליך אז עס האט זיי נישט געקאסט קיין איין פרוטה.


אלע וואס האבן זיך באטייליגט ביי די נעכטיגע חתונה און אלע וואס האבן מיט געהאלטן די פריערדיגע חתונות אין ישיבה זאגן פה אחד: "א שאד אויסצוגעבן געלט פאר אפאר שעה ווען מען קען דאס מאכן בחינם".


די גאנצע זאך פון מאכן פשוט'ע שמחות איז נישט מיין געדאנק, די זאך פון מאכן חתונות בחינם אין ישיבה אדער אין א שול קומט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס האט דאס שוין פאר לאנגע יארן איינגעפירט אין יבניאל פאר אנשי שלומינו. מוהרא"ש האט געבויט א זאל אין יבניאל אונטערן גרויסן שול אז אנשי שלומינו זאלן קענען חתונה מאכן בחינם; די עסן ווערט געקאכט דורך אנשי שלומינו וועלכע צעטיילן זיך מיט די סעודה, איינער מאכט א קוגל, איינער פיש, איינער ברענגט חלות און אזוי ווייטער.


מיר האבן סך הכל געטון צו די זאך לעובדא ולמעשה וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט; אנגעהויבן האט זיך דאס פאריגע יאר ווען מיידלעך פון אונזער סקול 'בית פיגא' האבן אנגעהויבן צו ווערן כלות. אין 'בית פיגא' לערנט מען מיט די מיידלעך אז זיי זאלן אכטונג געבן אויף זייערע עלטערנ'ס געלט, און אז עס לוינט זיך נישט צו קויפן א חתונה קלייד פון טויזנטער דאללער פאר אפאר שעה ווען דער טאטע האט נישט דאס געלט און ער דארף בארגן געלט בשעת מען קען נעמען פאר בחינם א קלייד פון א גמ"ח און האבן א געזונטע טאטע, און אז עס איז נאריש צו דינגען א זאל פאר די פאר שעה פון די חתונה פאר צענדליגער טויזנטער דאללער בשעת מען קען חתונה האבן אין שול, און מען קען אנהייבן דאס לעבן מיט א מאן מיט ליבשאפט אן בארגן געלט. די כלות האבן אלע געזאגט אז זיי ווילן חתונה האבן אין ישיבה, האבן מיר געקענט אנהייבן דאס אויספירן אויף למעשה און מאכן חתונות אין ישיבה.


עס פעלט גארנישט פאר די חתונות אין ישיבה, איין זאך איז נישט דא: "חובות"; די חתונות אין ישיבה זענען בחינם. די מוזיק מאכן די בחורים, די עסן מאכן די פרויען פון אנשי שלומינו; איינער מאכט פיש, איינער קוגל וכו', איינער בילקעלעך, טרינקען און פעיפער-גודס קומט פון די קאך פון ישיבה; אזוי אויך זענען נישט דא קיין סארווערס, די עסן ליגט אין די זייט און יעדער נעמט זיך אליין. ביי מצוה טאנץ איז נישט דא קיין לאנגע דרשות פון הספדים, נאר דער שמש רופט אויס צום טאנצן, ער זאגט בקיצור: "יעמוד", "יעמוד" פאר די זיידעס, מחותנים און חתן כלה. משפחה טאנצ'ן נישט קיין מצוה טאנץ, מצוה טאנץ איז נאר פאר זיידעס, עלטערן און חתן כלה.


דער וואס האט נאך נישט חתונה געמאכט פארשטייט נישט דעם געדאנק פון חתונה מאכן אין ישיבה וכו', אבער דער וואס האט שוין חתונה געמאכט און איז געבליבן מיט חובות - דער ווייסט שוין גאר גוט דאס חשיבות דערפון; עס איז נישט דא נאך אזא שמחה אז די מחותנים קענען זיצן און עסן רואיג און זענען זיך משמח ווי ווען עס קאסט זיי גארנישט קיין געלט.


ביי חתונות זענען אלע פרייליך; די געסט זענען פרייליך, חתן כלה זענען משונה פרייליך, די מחותנים זענען אויך פרייליך - אבער עס דרוקט זיי די חובות. אסאך מאל דארף מען רופן 'הצלה' ביי א חתונה צום מחותן ווען עס הייבט אים אן דרוקן זיין הארץ פון די חובות אין וואס ער איז אריין. ווען די חתונה ענדיגט זיך גייען אלע אהיים, אלע פארגעסן וואס עס איז געווען, חוץ די מחותנים - זיי דארפן נעבעך בלוטיגן פון די חובות פון די חתונה נאכט.


דאס וואס דו פרעגסט: "ווי אזוי מען קען דאס אריין ברענגען אין דער וועלט וכו'?" נאך אביסל וועלן דאס אלע נאכמאכן - צי מען וויל יא צי מען וויל נישט; דער עולם הייבט אן צו כאפן וואס די עשירים טוען נעבעך מיט'ן המון עם, ווי זיי טרינקען אויס דאס בלוט פון אידישע קינדער. זיי זענען קראנק פאר אביסל כבוד המדומה דערפאר ווייזן זיי ביי זייערע שמחות אז זיי האבן געלט, נאכדעם דארפן אלע זיי נאכמאכן, וועט עס סיי ווי פלאצן; על כל פנים איך דארף זען אז מיינע תלמידים זאלן נישט האבן קיין חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז מען זאל לעבן פאר זיך, מען זאל זיין פרייליך ביי א שמחה און מען זאל הנאה האבן פון די שמחה, עס זאל זיין מיטן אייבערשטן - אן בארגן און אן גנב'נען פון א צווייטן.

#14 - ווער איז א גוטער חתן מדריך?
שלום בית, חתונה, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן ב"ה, און איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א צו וועלכן חתן מדריך איך זאל גיין. איך הער אלץ ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אז מ'דארף זיך אכטונג געבן פון פאלשע מדריכים, ווי אזוי קען איך אבער וויסן פאראויס ווער ס'איז א גוטער מדריך?


אויך וואלט איך געוואלט הערן הדרכות אויף שלום בית, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר שרייבן עפעס איבער דעם.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט אנצוקומען צו פאלשע מדריכים וואס לערנען אויס חומרות מיט פרישות וואס איז אנטקעגן די הייליגע תורה; זיי שטעלן זיך אהער ווי חסידים וכו' ווען באמת זענען זיי פשוט'ע מניוולים, ענדערש זאל מען בכלל נישט גיין צו קיין חתן מדריך ווי איידער אנצוקומען צו זיי.


באמת דארף מען בכלל נישט קיין חתן מדריך; א חתן דארף לערנען די הלכות אין שלחן ערוך יורה דעה סימן קצ"ה, קצ"ו און אביסל סימן קפ"ט צו קענען די חשבונות און אביסל צוגרייטן וכו', אבער דאס וואס מען מאכט שיעורים וכו' איז נאך א וועג ווי אזוי מען קען ארויס ציען געלט פון די עלטערן (אזוי ווי מען טוט מיט בר מצוה בחורים צו לערנען מיט זיי א פשעטל; ווי לאנג נעמט אויס צו לערנען אפאר שורות פון א פשעטל? מערסטנס א שעה צוויי, אבער אויף דעם קען מען נישט בעטן קיין גרויסע געלטער, מאכט מען א שפיל מיט'ן קינד ער זאל קומען נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, אלעס וועדליג דאס געלט).


מוהרא"ש זאגט אז איינע פון די סימנים פון א פאלשער חתן מדריך און א פאלזער שלום בית מאכער איז אז ער בעט געלט און אלעס איז געוואנדן אין געלט; פון אזא איינעם דארף מען אנטלויפן, ווייל ער מיינט נישט דיין טובה ער מיינט בלויז זיין געלט; ער וועט זיכער מאכן ארויס צו ציען נאך און נאך געלט פון דיר, ווי לאנג ער וועט טרעפן א צווייטן פון וועמען צו מעלקן; אן ערליכער איד וועט קיינמאל נישט בעטן קיין געלט צו העלפן מאכן שלום בית און צו לערנען פאר די חתונה וכו'.


אז דו ווילסט האבן א גוט לעבן זאלסטו שטענדיג געדענקען דעם כלל: "זוך נישט צו זיין גערעכט"; מען ווערט נישט קליין אויב מען פירט נישט אויס און מען ווערט נישט גרויס אויב מען פירט יא אויס, ענדערש "זוך צו זיין קלוג", - וועסטו האבן א שיינע לעבן.


אויף נאך א זאך זאלסטו אכטונג געבן, אז דו זאלסט שטענדיג רעדן שיין צו דיין ווייב, אפילו אויב זי איז דיר מצער; געב א קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רַבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין; מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ, וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר, האט רב געפרעגט רבי חייא: איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן זי איז דאך דיר מצער?! האט אים רב חייא געזאגט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיר פון עבירות און זי ציט אויף מיינע קינדער צו לערנען די הייליגע תורה; זעט מען ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת און זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, דורות ישרים ומבורכים.

#13 - ווי אזוי ווייס איך אויב איך וועל זיין ערליך נאך די חתונה?
חתונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ב"ה א חתן געווארן בשעה טובה ומצלחת, און אזוי ווי איך הער פון אייך כסדר אז א בחור פאלט אלץ אראפ אין עבירות, און די עצה דערצו איז נאר חתונה צו האבן, פריי איך זיך אז איך האלט שוין דא ברוך ה'.


פון די אנדערע זייט זע איך בריוו פון אינגעלייט וואס זיי רעדן זיך אפ אז זיי פאלן ווייטער אראפ, אויך נאך די חתונה. אפשר קענט איר מיר קלאר מאכן וואס דער אמת איז? וואס איז דער ריכטיגער וועג חתונה צו האבן אז מ'זאל טאקע מער נישט צוריק פאלן אין שלעכטע זאכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו גייסט שוין חתונה האבן, ווייל יעצט וועסטו קענען דינען דעם אייבערשטן בטהרה.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט אמאל געזאגט פאר א בחור: "אַז דוּ וֶועסְט חֲתוּנָה הָאבְּן אוּן דוּ וֶועסְט מִיר זָאגְן דוּ בִּיסְט אַן עֶרְלִיכֶער אִיד, וֶועל אִיךְ דִיר גְלֵייבְּן, אָבֶּער אַז דוּ וֶועסְט בְּלַייבְּן אַ בָּחוּר אוּן מִיר זָאגְן אַז דוּ בִּיסְט אַן עֶרְלִיכֶער אִיד וֶועל אִיךְ דִיר נִישְׁט גְלֵייבְּן"; אז מען האט חתונה קען מען זיך גרינגער שלאגן מיט'ן יצר הרע. אזוי ווי דער הייליגער רמב"ם זאגט (פרק כב מהלכות איסורי ביאה, הלכה כא): "וְלֹא יֵשֵׁב בְּלֹא אִשָּׁה, שֶׁמִּנְהָג זֶה גּוֹרֵם לְטָהֳרָה יְתֵרָה", אז מען האט חתונה ברענגט דאס צו טהרה.


איז יעצט ווען דו גייסט חתונה האבן בשעה טובה ומצלחת זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס אז דו האסט זוכה געווען צו טרעפן דיין זיווג, אזוי וועסטו שוין קענען זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


דאס מיינט נישט צו זאגן אז ווען מען האט חתונה פארלירט מען דעם יצר הרע, ווייל דער יצר הרע לאזט נישט אפ דעם מענטש א גאנץ לעבן. מען דארף זיך היטן פון אים ווי מען היט זיך פון פייער; יעדן טאג קומט ער מיט פרישע נסיונות און פרישע קאפדרייענישן און אז מען היט זיך נישט די אויגן איז גאר ביטער; אז מען האלט זיך קלוגער פון אלע ערליכע אידן און מען האט א קאמפיוטער, סמארטפאון, טעבלעט וכדומה, מיט אפענע אינטערנעט איז נאך די חתונה אויך זייער ביטער. מען רעדט אז דער מענטש טוט אלעס וואס ער קען זיך צו היטן, איז נאך די חתונה גרינגער זיך צו מתגבר זיין אויף דעם יצר הרע.


דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן נישט אויסצושטעלן דיין לעבן מיט חומרות ופרישות, וואס דאס איז א פארשטעלאכטס פונעם יצר הרע. ער רעדט איין דעם מענטש ער זאל זיך אפשיידן וכו' און נאכדעם ווארפט ער אים אראפ אין עבירות רחמנא לצלן.


געדענק וואס דער גרויסער צדיק הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכרונו לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים") פלעגט זאגן - ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות של בינו לבינה וכו': "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת", געבט אכטונג נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער ווען מען מעג, מעג מען אלעס וכו'; און מען זאל זיך נישט מבלבל זיין פון קיין שום זאך אויף דער וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת, און זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל.

#12 - וויפיל איז דער שיעור זיך מחזק צו זיין?
חתונה, התחזקות, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט דעם בריוו וואס איר האט געענטפערט אויף די פראגע וויפיל איז דער שיעור אנצוהויבן נאכאמאל און נאכאמאל. ווען מ'פאלט און מ'פאלט אזויפיל מאל, שפירט מען שוין אז ס'איז באמת נאריש צו זאגן אז מ'הויבט אן נאכאמאל.


איך האב זיך מחיה געווען מיט דעם בריוו, ווייל די זעלבע קשיא דרוקט מיר שוין פאר אסאך יארן, און איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ענטפער, אבער איך האב פרובירט מקיים צו זיין די עצות פונעם בריוו, סיי צו זאגן תהלים און סיי צו לערנען יעדן טאג כך וכך, איך שפיר אבער נישט אז ס'זאל מיר העלפן, איך פאל צוריק אריין אין עבירות טאג טעגליך, אז איך ווייס שוין באמת נישט וויפיל איז דער שיעור זיך מחזק צו זיין.


איך בין א חתן, און ס'הויבט מיר אן אויפקומען געפילן אז אפשר גייט זיך גארנישט טוישן נאך די חתונה. ביז יעצט פלעג איך זיך טרייסטן אז נאך די חתונה קומט גוטע צייטן אן קיין פראבלעמען, אבער יעצט הויב איך שוין אן האבן ספיקות אין דעם.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אן עצה געבן וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח.


שמואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן שמואל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט געטראפן דיין שידוך; נאך אביסל וועסטו חתונה האבן וועסטו זוכה זיין צו זיין אן ערליכע איד. די הייליגע חכמים זאגן (פסחים קיב:): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר - נוֹשֵׂא אִשָׁה וְלוֹ בָּנִים", ווען מען האט חתונה איז מען ריין און מען קען דינען דעם אייבערשטן מיט א ריינע מח.


איך בעט דיר זייער זאלסט אפלאזן דיינע אלטע מעשים; יעצט הייבט זיך אן א נייע תקופה אין דיין לעבן מיט דעם וואס דו גייסט חתונה האבן. דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", אז מרקדים איז א לשון פון טאנצן און שפרינגען, "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", דאס הייסט אז א חתן דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה, ער דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


דאס וואס דו פרעגסט: "וויפיל איז דער שיעור זיך צו מחזק זיין?" וויסן זאלסטו אז אריין גיין אין די קדושה נעמט נישט איין מינוט, מען דארף אסאך ווארטן ביז מען איז זוכה צו ווערן א כהן גדול. דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו טייטשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כ:): "כְּבָר צָוַוח הַכֹּהֵן אָנָּא הַשֵּׁם, וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ בִּירִיחוֹ", זאגט ער (נועם אלימלך, תחלת פרשת וישלח): "שֶׁזְמַן אָרוֹךְ צָרִיךְ הָאָדָם לִצְעֹק: 'אָנָא הַשֵׁם, עָזְרֵנִי שֶׁאֶזְכֶּה לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת', וְאָז וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ, אֲבָל לֹא בְּיָמִים מוּעָטִים", מען דארף אסאך שרייען צום אייבערשטן ביז מען איז זוכה צו ווערן א צדיק.


זיי נישט צעבראכן פון דעם וואס דו זעסט אז עס גייט אריבער אסאך צייט און דו מוטשעסט זיך און דו קומסט נישט אן וכו' וכו', ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", אזוי גייט עס ווען א מענטש וויל ווערן אן ערליכער איד, ער שפירט ווי קיינער דארף אים נישט, "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", אבער דאס איז נאר א וועג ווי אזוי מען וויל דערנענטערן דעם מענטש צום אייבערשטן, און אויב דער מענטש איז שטארק ביי זיך און ער דערהאלט זיך, דאן וועט ער אלעס אריבער גיין און ער וועט זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס זענען נאר פארהאנען.


דאס איז דיין שיינקייט און דאס האט דער אייבערשטער ליב; צו זען ווי א איד וואס עס קאכט אין אים אלע שמוץ און נארישקייטן, מיט דעם אלעם דערהאלט ער זיך און ער קומט נאכאמאל צוריק, ער בעט דעם אייבערשטן און ער וויינט זיך אויס: "רבונו של עולם איך וויל זיין אן ערליכער איד, האב אויף מיר רחמנות וכו' וכו'"; דאס קען אפילו א מלאך נישט באווייזן.


זאלסט גיין צו דיין חתונה מיט גרויס פרייד און אויפשטעלן א ערליכע אידישע שטוב.

#11 - פארוואס חתונה האבן יונג? מ'פארלירט דאך די שענסטע בחור'ישע יארן?
בחור, חינוך הילדים, חתונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס געהערט א שיעור פון אייך אז ס'איז גוט א בחור זאל חתונה האבן ווי יונגער. איך האב מיר זייער געוואונדערט אויף דעם, ווייל איך האב אלץ געהערט פון מיינע מגידי שיעור אז די בחור'ישע יארן זענען די שענסטע יארן אין לעבן, דאס איז דער יסוד פון לעבן, וואס מ'קען אויפטון אלס בחור קען מען קיינמאל נישט אויפטון שפעטער. פארוואס זאגט איר אז ס'איז יא בעסער חתונה צו האבן ווי פריער, מ'וועט דאך פארפאסן די שענסטע בחור'ישע יארן?


נאכדערצו אז דער ישמח משה שרייבט, "שעה אחת בימי הבחרות כשנה שלימה בימי עמידה", איין שעה אין די בחור'ישע יארן איז ווי א גאנצע יאר אין די עלטערע יארן. איך פלעג דאס הערן פון מיינע מגידי שיעור יעדע פופצן מינוט... און יעצט הער איך גאר פונקט פארקערט.


איך פרעג נישט חס ושלום לקנטר, איך וויל באמת פארשטיין, און איך האף איר וועט מיר דאס קלאר שטעלן.


יישר כח, שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז דאס וואס דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו שרייבט אינעם בריוו פאר זיין זון: "וְשָׁעָה אַחַת בִּימֵי הַבַּחֲרוּת - כְּשָׁנָה שְׁלֵמָה בִּימֵי הָעֲמִידָה חָשׁוּב", איין שעה אין די יונגע יארן איז אזוי ווי א גאנצע יאר אויף דער עלטער, רעדט ער נישט פון די תקופה וואס מיר רופן היינט אן: "די בחור'ישע יארן", און ווען מען האט חתונה ווערט מען אויס בחור, ווייל דער בריוו האט דער ישמח משה זי"ע געשריבן פאר זיין זון הרב הקדוש רבי אלעזר ניסן זכר צדיק לברכה שוין נאך די חתונה! נאר "ימי הבחרות" מיינט "די יונגע יארן" - סיי מיט א ווייב און סיי אן א ווייב. דער הייליגער ישמח משה שרייבט דאס אונז צו לערנען ווי חשוב די יונגע יארן זענען און מען זאל ריכטיג אויסנוצן די צייט צו דינען דעם אייבערשטן.


די זעלבע זאך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", דאס דינען דעם אייבערשטן אין די יונגע יארן איז מער חשוב ווי די עבודה אויף דער עלטער.


דאס וואס דו שרייבסט: "אויב מען האט חתונה פרי פארלירט מען די שענסטע יארן", - איז נישט ריכטיג; אין הכי נמי, פון איין זייט איז פאר א בחור גרינגער צו לערנען און דאווענען ווייל ער האט נאך נישט דעם עול הפרנסה און ער דארף נאך נישט אויפציען קינדער, אבער חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא טוֹבָה", ווילאנג מען האט נישט חתונה איז מען נישט פרייליך, מען האט נישט קיין ברכה און מען האט נישט קיין גוטס; נאכמער זאגן חכמינו הקדושים אויף א צווייטע פלאץ (בראשית רבה, פרשה יז, סימן ב): "כָּל שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא טוֹבָה, בְּלֹא עֵזֶר, בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא כַּפָּרָה, אַף בְּלֹא שָׁלוֹם, אַף בְּלֹא חַיִּים, וְאֵינוֹ אָדָם שָׁלֵם", פאר מען האט חתונה האט מען נישט קיין גוטס, מען האט נישט קיין העלפער, מען האט נישט קיין שמחה, מען האט נישט קיין ברכה, מען האט נישט קיין כפרה, עס פעלט שלום, מען האט נישט קיין לעבן און מען איז נישט א גאנצע מענטש. אין זוהר הקדוש שטייט (ויקרא ה.): "כָּל מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, כָּל שְׁבָחָא אַעְדּוֹי מִנֵּיהּ, וְלָאו הוּא בִּכְלָלָא דְּאָדָם. וְלֹא עוֹד אֶלָּא דְּלָאו אִיהוּ כְּדַאי לְאִתְבָּרְכָא", ווילאנג א מענטש האט נישט חתונה האט ער נישט קיין גוטס, ער איז בכלל נישט קיין מענטש און ער איז נישט כדאי צו ווערן געבענטשט; נאך זאגט דער זוהר (פרשת אחרי, נט:): רבי יצחק זאגט: "בְכָל אֲתַר דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, לָאו כְּדַאי לְמֵחֱמֵי אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", ווער עס איז נישט חתונה געהאט איז נישט ראוי צו מקבל זיין פני השכנה.


פון דעם קענסטו זען די סיבה פון אלע צער און יסורים וואס גייט אלץ אריבער אויף בחורים – ווייל עס פעלט זיי די אלע גוטע זאכן. דורכדעם וואס מען פאלט נעבעך אראפ אין עבירות, מען זינדיגט אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן – זענען די תוצאות דערפון אז דער מענטש איז צעבראכן כחרס הנשבר. און דאס איז די סיבה פארוואס עס פאלן נעבעך שטיקער פון אידישע קינדער; ווען מען וואלט ווען חתונה געמאכט די קינדער יונג וואלטן אלע געבליבן ערליך און הייליג.


טראכט גוט אריין ווען די פריערדיגע צדיקים האבן חתונה געהאט; דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט חתונה געהאט ביי די דרייצן יאר, אזוי אויך דער הייליגער רבי האט חתונה געהאט ביי די בר מצוה (עיין פעולת הצדיק, סימן סה), און בעצם האבן אלע צדיקים חתונה געהאט יונג, אזוי זענען זיי אויפגעוואקסן בקדושה ובטהרה.


מיר געפונען אין די גמרא אז דער הייליגער אמורא רב חסדא האט זיך אויסגערימט פאר די חכמים - זיינע חברים (קידושין כט:): "הַאי דַּעֲדִיפְנָא מֵחַבְרָאִי, דִּנְסִיבְנָא בְּשִׁתְּסָר", דאס וואס איך בין מער פון מיינע חברים, איז ווייל איך האב חתונה געהאט יונג - ביי די זעכצן יאר (זעכצן יאר מיינט מען וואס מיר רופן פופצן יאר, אנפאנג פון די זעכצן יאר), "וְאִי נְסִיבְנָא בְּאַרְבֵּיסָר הֲוָה אֲמִינָא לֵיהּ לְשָׂטָן: גִּירָא בְּעֵינֶיךָ", אויב וואלט איך חתונה געהאט ביי די פערצן יאר, וואלט איך זיך געקענט רייצן מיטן שטן און איך וואלט נישט מורא געהאט פון אים, ער וואלט מיר נישט געקענט מכשיל זיין מיט עבירות און איך וואלט ווען געווען מער אפגעהיטן.


אז דו רעדסט פונעם בריוו פונעם הייליגן ישמח משה, ווייסטו מן הסתם אויך אז דער ישמח משה זי"ע האט דורכאויס זיין גאנץ לעבן געהאפט געווארט אויף משיח און נישט מסיח דעת געווען פון ביאת המשיח. ער האט שטענדיג געהאלטן מיט זיך די בגדי שבת נעבן זיך אפילו ביים שלאפן, אז אויב משיח וועט פלוצלינג קומען זאל ער אים גלייך קענען מקבל פנים זיין. דער הייליגער סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו האט נאכגעזאגט (עיין בדברי יואל פרשת חיי שרה עמוד תעד; פרשת תזריע עמוד שיט) וואס ער האט געהערט אלץ אינגערמאן ווען ער האט נאך געוואוינט אין שטאט סאטמאר פון אן אלטן איד ר' אברהם לעווי [פילפישער] זכרונו לברכה וואס האט אליינס געהערט פונעם הייליגן ישמח משה איינמאל הושענא רבה ווען ער האט געהאלטן ביים שטיקל "הושענא למענך אלקינו" ווי ער האט געוויינט צום אייבערשטן און געזאגט: "רבון כל עולמים, איך בעט נישט משיח זאל קומען פאר מיר און פאר מיין הנאה, און אפילו איך וועל נישט זוכה זיין צו זען דאס גוטס וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען און איך וועל נישט האבן קיין חלק פון דעם איז מיר אויך גוט, איך וויל נאר עס זאל זיין 'יִתְגַּדֵּל וְיִתְקַדֵּשׁ שְׁמֵיהּ רַבָּא'".


דאס איז געווען דער גרויסער צדיק דער ישמח משה זכותו יגן עלינו, ער האט נאר געוואלט און געבענקט און געהאפט יעדע רגע אז משיח זאל שוין קומען. איז כדאי דו זאלסט זען וואס ער זאגט וועגן די "בחור'ישע יארן" (ספר ישמח משה, פרשת כי תבוא): "כִּי הִנֵּה תָּמַהֲתִּי עַל עִיכּוּב הַגָּלוּת, כִּי רוֹב בְּנֵי יִשְׂרָאֵל הֵמָּה כְּשֵׁרִים וּמַדּוּעַ בֶּן דָּוִד לֹא בָּא", איך וואונדער זיך פארוואס משיח איז נאך נישט געקומען, בשעת מיר זעען אז רוב אידישע קינדער זענען ערליך און אפגעהיטן פון עבירות. "וְכַאֲשֶׁר חָקַרְתִּי נִתְוַדַּע לִי כִּי בְּבַּחֲרוּתָם מַרְבִּין חֲבִילוֹת עֲבֵירוֹת עַד שֶׁדַּי לָהֶם עַל יְמֵי חַיֵּיהֶם, וְעַל זֶּה אֵין עוֹשִׂין תְּשׁוּבָה כְּלָל וְזֶה הַגּוֹרֵם, וּלְכָךְ אֵין יְכוֹלִין שׁוּב לְהִדָּבֵק בְּבוֹרְאֵינוּ יִתְבָּרַךְ שְּׁמוֹ", ביז איך בין געוואויר געווארן אז די בחורים טוען נעבעך זייער אסאך עבירות רחמנא לצלן און טוען נישט קיין תשובה דערויף, דאס איז די סיבה אויפן אריכות הגלות; איז פאר דו שרייבסט מיר אז אויב מען האט חתונה יונג פארלירט מען די שענסטע יארן, זאלסטו זען וואס דער הייליגער ישמח משה זאגט, אז נאר וועגן די עבירות וואס מען טוט דורכאויס די בחורי'ישע יארן ליידן מיר אין גלות.


עס כאפט א ציטער און א שרעק ווען מען לערנט דעם שטיקל ישמח משה זעענדיג וואס עס גייט אריבער אויף אידישע קינדער; פון אינדרויסן זעט מען דאס נישט אן, אלעס זעט אויס גלאט און גלאנציג, עס זעט אויס ווי עס איז נישט דא קיין נסיונות, מען פאלט נישט אראפ אין עבירות, מען דארף נישט קיין חיזוק וכו'; עס פאלט קיינעם נישט איין די שרעקליכע ווייטאג וואס בחורים און מיידלעך גיין אריבער, זיי ווילן זיין גוט און ערליך, אבער זיי האלטן אין איין אראפפאלן השם ישמרינו.


קוק וואס דער הייליגער ראשית חכמה שרייבט וועגן די בחור'ישע יארן, (שער התשובה פרק ג, סימן י): "וּמֵהַדְּבָרִים שֶׁצָּרִיךְ הַשָּׁב לְתַקֵּן, הוּא לְתַקֵּן אוֹת בְּרִית הַפָּגוּם בְּהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", מען דארף תשובה טון אויף די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, "שֶּׁאֵין אָדָם בִּזְמַנֵּנוּ נִיצוֹל מִמֶּנּוּ בְּבַחֲרוּתוֹ", ווייל עס איז נישטא היינטיגע צייטן א מענטש וואס ווערט ניצול פון די עבירה אין די בחור'ישע יארן, עיין שם; דאס האט ער געשריבן אין צפת פאר איבער פיר הונדערט יאר צוריק, אינעם דור פונעם הייליגן אריז"ל, ווען דער שטאט צפת איז געווען אנגעפילט מיט הייליגע צדיקים, קדושים און עליונים וואס האט געברענגט א הייליגקייט אויף די גאנצע שטאט (חוץ מזה וואס להבדיל די אראבקעס זענען געגאנגען אנגעטון מיט א מורא'דיגע צניעות, אנגעטון פון קאפ ביזן פיס און עס איז נישט געווען שייך צו קוקן א ראי' אסורה), און טראץ דעם שרייבט ער אין יענע צייט די ווערטער: "שֶּׁאֵין אָדָם בִּזְמַנֵּנוּ נִיצוֹל מִמֶּנּוּ בְּבַחֲרוּתוֹ", אז יעדער בחור פאלט דורך אין די עבירה דורכאויס די בחור'ישע יארן, איז דאך זיכער אז אין אונזער דור ווען אלעס איז אפן און עס איז ביטער שווער צו זיין אפגעהיטן בקדושה, ווער רעדט נאך היינט צו טאגס ווען מיר האבן די ביטערע צרה אז יונגע קינדער - בחורים און מיידלעך - דרייען זיך ארום האבנדיג אין טאש אן אייפאד, סמארט-פאון וואס מען קען זען דארט אלע עבירות פון די וועלט, איז דאך זיכער אז ווי פריער מען קען חתונה האבן וועט מען האבן שענערע יארן; דאס איז די איינציגסטע עצה! מען זאל חתונה האבן יונג ווען מען איז ריין און הייליג, ווייל נאר אזוי קען מען זיין אפגעהיטן פון עבירות.


עלטערן וואס האבן אמת'דיג רחמנות אויף זייערע קינדער דארפן זען חתונה צו מאכן די קינדער ווי יונגער און נישט זוכן קיין תירוצים אפצושטופן די חתונה; מען קען הערן אלע מיני סברות פון מענטשן פארוואס זיי הערן נישט אויס קיין שידוכים פאר די קינדער:


א. עס זענען דא עלטערן וואס זאגן: "אונזער קינד איז נאך יונג, פארוואס זאלן מיר אים פארדרייען דעם קאפ מיט שידוכים וכו'? פארוואס זאלן מיר ארויפלייגן אויף אונזער קינד דעם עול פון חתונה האבן?" ווי מאדנע עס הערט זיך קען מען הערן די טענה אפילו ווען דאס קינד איז שוין העכער צוואנציג יאר, וואס דעמאלט זאגן די הייליגע חכמים בפירוש אז (קידושין כט:): "כָּל יָמָיו בְּהִרְהוּר עֲבֵירָה", אויב מען האט נישט חתונה פאר די צוואנציג יאר וועט מען א גאנץ לעבן האבן מחשבות פון עבירות; ווייל הרגל נעשה טבע, דאס געוואוינהייט ווערט ווי א צווייטע נאטור, און וויבאלד ער האט נישט חתונה געהאט יונג האט ער כסדר געטראכט שלעכטע מחשבות, וועט זיך דאס שוין ביי אים ציען אויף ווייטער. אבער דאס איז א גרויסע טעות, ווייל אלע צרות קומען פון דעם וואס מען מאכט נישט חתונה יונג די קינדער - בפרט די מיידלעך וואס זיי דארפן מער שמירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיג.): "בִּתְּךָ בָּגְּרָה - שַׁחְרֵר עַבְדְּךָ וְתֶּן לָהּ", ווען דיין טאכטער ווערט א בוגרת זאלסטו איר גלייך חתונה מאכן - אפילו מיט דיין קנעכט! אז זי זאל נישט אוועק פאלן חס ושלום.


ב. אויך קען מען הערן עלטערן זאגן: "מיר האבן אזוי ליב אונזער קינד, פארוואס זאלן מיר אזוי שנעל חתנה מאכן?" באמת איז דאס נישט קיין ליבשאפט, ווייל ווען זיי וואלטן באמת ליב געהאט זייער קינד וואלטן זיי חתונה געמאכט דאס קינד ווי שנעלער; ווען מען טוט וואס איז גוט פאר יענעם ווייזט דאס אז מען האט יענעם ליב, נישט ווען מען קוקט אויף די אייגענע אינטערעסן און מען זאגט אז מען האט יענעם ליב. אויף דעם זאגט דער פסוק (איכה ד, י): "יְדֵי נָשִׁים רַחֲמָנִיּוֹת בִּשְּׁלוּ יַלְדֵיהֶן", רחמנות'דיגע מאמעס האבן מיט זייערע אייגענע הענט גע'הרג'ט זייערע קינדער; מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס עס גייט היינט איבער אויף בני הנעורים, ווי זיי פייניגן זיך און האלטן אין איין אראפפאלן אין מיאוס'ע עבירות, וואס מען קען ווען דאס אלעס איינשפארן דורך זיי חתונה מאכן יונג.


ג. ווידער זענען דא עלטערן וואס זאגן אפ שידוכים מיטן תירוץ אז עס קאסט אסאך געלט צו חתונה מאכן, דאס איז אויך א רציחה און אן אכזריות צו לאזן צוליב דעם די קינדער זיך עלטערן; ווער הייסט חתונה מאכן טייער, רייך און אויסגעבן שווערע געלטער זיך צו ווייזן פאר מענטשן אז מען האט געלט וכו'?! ענדערש זאל מען חתונה מאכן די קינדער ביליג און די געלט (אויב מען האט דאס בכלל) זאל מען געבן פארן יונגן פאר-פאלק זיי זאלן האבן פרנסה וכו', ווען מען וואלט ווען געשפארט געלט נישט צו חתונה מאכן אין טייערע זאלן און נאר רופן די נאנטע משפחה וואלט מען ווען געקענט גרינגערהייט חתונה מאכן די קינדער אן קיין חובות. ממילא איז דאס אויך נישט קיין בארעכטיגטע תירוץ פארוואס אפצושטופן שידוכים.


ד. עס זענען דא וואס זאגן אפ שידוכים וועגן כבוד און יחוס; די קינדער נעבעך פאלן אראפ אין ביטערע עוונות רחמנא לצלן אן דעם וואס די עלטערן זאלן וויסן בכלל וואו זיי פאלן נעבעך אראפ - אלץ נאר צוליב כבוד המדומה. דאס הייסט אוועק גיין פונעם דרך התורה, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (יבמות סג.): "נָחִית דַּרְגָּא", גיי אראפ פון דיין דרגא, "נָסֹב אִיתְּתָא", כדי זאלסט קענען חתונה האבן; ווי קענען עלטערן שלאפן רואיג ביינאכט ווען זיי האבן אין שטוב קינדער וואס דארפן חתונה האבן? וואו איז די יראת שמים פון עלטערן וואס לאזן זייערע קינדער עלטער ווערן נאר צוליב כבוד?!


ה. עס זענען דא עלטערן וואס זענען זיך מלבוש בלבוש תלמוד חכם און זאגן אפ שדוכים מיטן תירוץ אז די קינדער דארפן זיך נאך משלים זיין אין לערנען; דאס איז אויך אנטקעגן די תורה, ווייל חכמינו זכרונו לברכה זאגן (קידושין כט): "אִם אִי אֶפְשַׁר לּוֹ בְּלֹא אִשָּׁה - יִשָּׂא אִשָּׁה וְאַחַר כַּךְ יִלְמֹד תּוֹרָה", אויב מען קען נישט זיין אן א פרוי זאל מען קודם חתונה האבן און נאכדעם לערנען תורה; נאך זאגן חז"ל (פסחים קיב:): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר - נוֹשֵׂא אִשָּׁה וְלוֹ בָּנִים", אז מען האט חתונה איז מען א ריינער מענטש.


תמצית הדברים, ווער עס האט רחמנות אויף די קינדער זאל זיי ווי פריער חתונה מאכן, אזוי וועלן זיי אויסוואקסן הייליג און ריין.


איך האב אביסל מאריך געווען אינעם בריוו נאכדעם וואס דו האסט מיר געשריבן: "אויב מען האט חתונה פרי, פארלירט מען די שענסטע יארן"; עס זעט אויס פון דיינע ווערטער אז דו האסט שוין פארגעסן וואס א בחור גייט אריבער אין לעבן, און דאס האט א פנים ווי דער ענטפער וואס עלטערן געבן פאר זייערע קינדער, ווען דער קינד שעמט זיך נישט און בעט אפן: "טאטע, איך וויל חתונה האבן", אדער: "מאמע, איך בעט דיר, זאג נישט אפ קיין שידוכים איך ווער פארברענט", דאן זאגן זיי מיט א שמייכל: "וואו יאגסטו זיך? כאפ אריין די שענסטע יארן פון דיין לעבן", ווייל זיי האבן שוין פארגעסן וואס עס איז אויף זיי אריבער ווען זיי זענען געווען יונג און זענען געווען יעדע רגע אין א סכנה וכו'; אזוי אויך האסטו שוין אויך פארגעסן וואס עס גייט איבער אויף א בחור.


עס איז נישט דא אזא צעבראכענע הארץ ווי א בחור און עס איז נישט דא אזא שברי כלי ווי א בחור וואס וויל זיין ערליך און אפגעהיטן בקדושת הברית אבער ער האלט אין איין אראפפאלן, מען קען אפילו זאגן אז ער האט בכלל נישט קיין בחירה, און ער וויינט צום אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף אים ווייל ער וויל נישט ווערן אנגערופן מיטן טיטל: "רע" וואס שטייט ביי די פרשה פון ער ואונן (בראשית לח, ז): "וַיְהִי עֵר בְּכוֹר יְהוּדָה רַע בְּעֵינֵי ה'"; ער וויינט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, געוואלד און געשריגן, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית? וואס קען איך טון אז איך זאל נישט טון די עבירה?!" מוהרא"ש זאגט אז אויף זיי איז געזאגט געווארן וואס דוד המלך זאגט (תהלים קב, יח): "פָּנָה אֶל תְּפִלַּת הָעַ'רְ'עָ'ר' וְלֹא בָזָה אֶת תְּפִלָּתָם", דער אייבערשטער קערט זיך צו די תפילה פון די וואס פאלן אראפ אין די עבירה פון 'רע'.


אז מען רעדט שוין פון בחורים וועל איך דיר נאך שרייבן איין זאך וואס מוהרא"ש פלעגט כסדר זאגן. אז ווען ער וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט ער זיך מוסר נפש זיין פאר אלע בחורים, ער וועט טענה'ן פארן בית דין של מעלה: "וואס זענען בחורים שולדיג אז זיי פאלן אראפ אין עבירות?!"


"מיין זאך איז בחורים" - פלעגט מוהרא"ש שטענדיג זאגן; "איך בין אראפ געקומען אויף די וועלט אויפצוהייבן בחורים און זיי ווייזן א וועג ווי אזוי זיך צו דערהאלטן. איך בין געבוירן געווארן 'כ"א אייר' אין די ספירה פון "חסד שביסוד", וואס דאס איז מיין מדה, איך טו 'חסד' און איך בין מחזק די אלע וואס פאלן נעבעך אראפ אין מידת ה'יסוד'.


בחורים וואס ווילן חתונה האבן און עס גייט זיי נישט קיין שידוך זענען בכלל נישט שולדיג אויף וואס זיי פאלן דורך; מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר די בחורים זיי זאלן טענה'ען יעדן טאג צום אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך וויל נישט זינדיגן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה; רבונו של עולם! איך וויל זיין אפגעהיטן פון עבירות; וואס זאל איך טון אז איך פאל אראפ נאכאמאל און נאכאמאל?!"


דעריבער האט מוהרא"ש צוואה געלאזט (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג"; ווייל ער האט זיך זיין גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר בחורים און מיידלעך האט ער זוכה געווען ווייטער צו העלפן בחורים און מיידלעך אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - וואס טו איך אז איך האב נישט קיין פראבלעמען?...
תפילה והתבודדות, חתונה, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך אויס אייערע שיעורים, און דער ראש ישיבה שליט"א רעדט זייער אסאך אז מ'דארף זיך אויסרעדן און זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן. איך האב אבער איין פראבלעם, אז איך האב פשוט נישט קיין פראבלעמען...


אלעס גייט מיר ב"ה אויפ'ן בעסטן אופן, איך בין ב"ה א חתן, איך האב אסאך חברים, איך קום פון א גוטע שטוב, איך בין פון די מצוינים אין ישיבה, און אזוי ווייטער איז מיר אלעס זייער גוט ב"ה.


פארשטייט זיך אז ס'מאכט זיך אמאל קליינע פראבלעמען, אבער נישט אזעלכע וואס איך זאל זיך דארפן מיט דעם "אויסרעדן" צום אייבערשטן.


יישר כח, אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, נר ב' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט גיין צו דיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת, און אויפשטעלן קינדער וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן.


וואס זאל איך דיר זאגן, אין אנהייב איז טאקע שווער צו רעדן צום אייבערשטן אבער איינמאל מען ברעכט דאס דורך, מען פאלגט דעם רבי'ן און מען טוט די עצה וואס ער האט אונז געגעבן - די עצה פון התבודדות - האט מען שוין נישט דעם פראבלעם פון נישט האבן וואס צו רעדן וכו'. מען קען נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס לעבט נישט מיט די עצה וואספארא זיסע איינגענעמע טעם מען שפירט ווען מען גייט אויף דעם וועג; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן: "אִלְמָלֵא לֹא בָּאתִי אֶלָּא לִשְׁמוֹעַ דָּבָר זֶה - דַּיֵּנוּ", ווען מיר וואלטן ווען מקורב געווארן צום רבי'ן בלויז צו הערן די זאך פון התבודדות - וואלט שוין גענוג געווען; פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט מיר זאלן וויסן פון רבי'ן, אז דער רבי זאל אונז אויסלערנען מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן.


ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געקומען צום רבי'ן און אים פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער, וואס די פאר ווערטער האט געטוישט רבי נתנ'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "אוּן וַוייטֶער אִיז גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ צוּ אַ גוּטֶע פְרֵיינְד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דער ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן און אים אלעס דערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'אוּן וַוייטֶער אִיז גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ צוּ אַ גוּטֶע פְרֵיינְד', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


אין אנהייב איז זייער שווער צו רעדן צום אייבערשטן, בפרט ווען א מענטש איז נעבעך פארשמירט מיט חטאות נעורים אין פגם הברית, ער האט נעבעך מוצא געווען זרע לבטלה רחמנה לצלן רחמנא לשיזבן, דעמאלט איז אים שווער צו עפענען זיין מויל און רעדן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", דער קען נישט דאווענען, ווייל ווען א מענטש זינדיגט פארלירט ער די אמונה ער זעט נישט און שפירט נישט דעם אייבערשטן; דארף מען אויף דעם אליינס בעטן דעם אייבערשטן, אז מען זאל קענען רעדן.


ווער נאך דארף אזוי סאך דאווענען און בעטן ווי א חתן וואס דארף בעטן פאר זיין לעבן; ער זאל זוכה זיין צו האבן געזונטע קינדער, ערליכע קינדער, קינדער און איינקלעך וואס וועלן גיין בדרך התורה והיראה. דו ווייסט דאך די מעשה וואס האט פאסירט ווען דער רבי'ס טאכטער איז געקומען צום רבי'ן זיך באקלאגן אז איר דינסט איז אוועקגעגאנגען פון איר און זי דארף א דינסט צו העלפן אין שטוב, האט איר דער רבי געפרעגט: "האסט געבעטן דעם אייבערשטן פאר א דינסט ווען דו ביסט געשטאנען אונטער די חופה?" זעט מען אויף וואס מען דארף אלץ בעטן - פאר יעדע פרט אין לעבן, אפילו אויף צו האבן א העלפער אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.


 

#9 - איך דארף הדרכה אויף מיין חתונה
חתונה, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן, דריי וואכן פאר מיין חתונה, און איך האב אסאך ספיקות ווי אזוי איך דארף זיך פירן אינדערהיים נאך די חתונה. פון איין זייט האב איך אסאך געהערט אז מ'דארף זיך האלטן מיט פרישות אינדערהיים, קדש עצמך במותר לך, אבער פון די אנדערע זייט פארשטיי איך פון די שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א אז א מענטש דארף זיך אליין גוט קענען, ער דארף וויסן וואו ער שטייט אויף דער וועלט, און לויט דעם זיך פירן אין שטוב.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר קלארשטעלן ווי אזוי מ'דארף זיך צו פירן.


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות.


הערשל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הערשל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט שייך צו שרייבן פון דברים שהצניעות יפה להם; אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן זאלסטו נעמען דעם שלחן ערוך פאר דיין וועג ווייזער. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג נאכזאגן פונעם חזון איש זכותו יגן עלינו אז ווען מען האט אים געפרעגט צי היינט איז דא די אורים ותומים, האט ער געענטפערט: "מיין אורים ותומים איז דער שולחן ערוך; ווען איך דארף וויסן ווי אזוי זיך צו פירן קוק איך אין שלחן ערוך".


"קַדֵּשׁ עַצְמְךָ" - זאגט מוהרא"ש - זאלסט זיך הייליגן און נישט טון קיין עבירות, ווי אזוי? "בַּמֻּתָּר לָךְ" – אז דו וועסט טון וואס דער תורה איז מתיר און זיך נישט פירן מיט קיין פרישות וועסטו זוכה זיין צו זיין הייליג און אפגעהיטן פון עבירות.


אנטלויף פון אלע מדריכים וואס לערנען הנהגות פון פרישות וכו'.

#8 - ווי אזוי מעג א חתן רעדן מיט זיין כלה?
שידוכים, חתונה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך מודיע זיין פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז איך בין ב"ה א חתן געווארן למזל טוב, און איך מוז דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א אז נאר דורך די שיעורים און דרשות האב איך זיך געקענט דערהאלטן, דער ראש ישיבה האט מיר אויסגעלערנט צו זיין א איד, ווען דער יצר הרע רעדט מיר צו צו שלעכטס, שפיר איך ווי דער ראש ישיבה שטייט נעבן מיר און ווארנט מיר אז ס'לוינט זיך אים נישט צו פאלגן...


פון די שיעורים האב איך זיך אויסגעלערנט ווי אזוי מ'דארף זיך גרייטן צו די חתונה, וואס ס'מיינט געבן גוטע ווערטער פאר א צווייטן, ובפרט פאר א ווייב. יעצט איז מיין שאלה אזוי ווי ביי אונז פירט מען זיך אז דער חתן רעדט מיט די כלה איינמאל א וואך, צי מעג דער חתן געבן גוטע שיינע ווערטער פאר די כלה, אדער דאס איז דוקא נאר פאר נאך די חתונה?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעס גוטס.


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן זאב נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו שפירסט ווען דער יצר הרע רעדט דיר איין צו טון שלעכטס ווי איינער שטייט נעבן דיר און ווארנט דיר וכו'; דאס איז זייער א גוטע הנהגה, אזוי זאגט דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו (צעטל קטן, אות יב): "יְצַיֵּיר בְּמַחְשַׁבְתּוֹ תָּמִיד וכו' כְּאִלוּ אִישׁ אֶחָד עוֹמֵד סָמוּךְ לוֹ וּמְעוֹרֵר אוֹתוֹ בְּקוֹל רַעַשׁ גָדוֹל לְקַיֵּים כָּל הַנְהָגוֹת אֵלוּ וכו'", א מענטש זאל זיך שטענדיג אויס משל'ן ווי איינער שטייט נעבן אים און איז אים מחזק ער זאל נישט פאלגן דעם יצר הרע, "וּכְּשֶׁיַרְגִיל עַצְמוֹ כַּךְ, אֲזַי בְּמֶשֶׁךְ הַזְמַן יָבֹא עָלָיו הִתְעוֹרְרוֹת גָדוֹל מִצַד נִשְׁמָתוֹ רִשְׁפֵי אֵשׁ שַׁלְהֶבֶת יָ"הּ", אויב וועט ער אזוי טון וועט אים מיט די צייט ווערן גרינגער צו דינען דעם אייבערשטן.


בענין ווי אזוי צו רעדן מיט די כלה וכו'; מען דארף אכטונג געבן צו רעדן נאר פאזעטיוו, קיינמאל זיך נישט אוועק מאכן און זיכער נישט דערציילן קיין שלעכטע מעשים מיט וואס מען איז דורך געפאלן חס ושלום.


שלמה המלך זאגט (משלי יז, כח): "גַּם אֱוִיל מַחֲרִישׁ חָכָם יֵחָשֵׁב", אפילו א נארישער מענטש - אויב שווייגט ער וועט מען אים אנקוקן ווי א קלוגער מענטש; רעדן איז זייער א גוטע זאך אבער מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן. דער עיקר דארף מען רעדן נאר פאזעטיוו; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, אזוי וועט זי דיר ארויף קוקן און וועלן בויען מיט דיר א שיינע שטוב.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, ה): "אַל תַּרְבֶּה שִׂיחָה עִם הָאִשָּׁה", מען זאל נישט פארמערן צו רעדן מיט די אייגענע ווייב; שטעלט זיך א קשיא, מיט וועם דען זאל מען רעדן אז נישט מיט די ווייב? זאגט מוהרא"ש (עיין ברטנורא שם), אז דער פשט איז מען זאל נישט דערציילן פאר די ווייב קיין שוואכקייטן און קיין שום נעגעטיווע זאכן פון זיך, ווייל ווען די ווייב הערט אז דער מאן איז נישט בסדר אין אידישקייט, אדער זי הערט סתם זיינע שוואכקייטן, הייבט זי אן מזלזל זיין אין אים און דאס ברענגט נאכדעם מחלוקת. דערפאר זאלסטו זיך נישט זעלבסט אראפקלאפן און איר אויך נישט אראפקלאפ מיט איר משפחה; פארגין צו געבן גוטע ווערטער, מען טאר נישט זיין קיין קמצן ווען עס קומט צו געבן גוטע ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל און זוכה זיין צו ליכטיגע אידישע דורות, אמן.

#7 - ווי אזוי קען איך באקומען די ריכטיגע הדרכה צו מיין חתונה?
חתונה, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן, איך וואוין אין ארץ ישראל, און מיין גאנצע לעבן איז נאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א. יעצט ווען איך האלט פאר די חתונה האב איך זייער מורא צוצוגיין צו די חתונה מיט חתן שיעורים פון א מדריך וואס לערנט נישט אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט, איז דא עפעס א וועג ווי אזוי איך קען באקומען די ריכטיגע הדרכה פאר מיין חתונה?


א גרויסן יישר כח, בערל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן בערל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג דערציילן אז אין ברסלב איז געווען זייער א גרויסער צדיק הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכר צדיק לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"), ער פאר זיך איז געווען גענצליך מובדל ומופרש פון די וועלט, מיט דעם אלעם ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות בענינים שבינו לבינה וכו', פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן צו היטן הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות נדה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער נישט צו לייגן קיין שום פרישות, נאר ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו' און אין די אומריינע טעג זאל מען היטן אלע הלכות.


דעריבער זאלסטו דורך לערנען הלכות טהרה אן א שיעור מאל. מוהרא"ש פלעגט כסדר מעורר זיין די אינגעלייט זיי זאלן לערנען הלכות טהרה אן א שיעור מאל, היות דער הייליגער צדיק רבי אורי מסטרעליסק זכותו יגן עלינו האט גע'חזר'ט הלכות טהרה איבער טויזנט מאל; פלעגט מוהרא"ש זאגן: "אז דער הייליגער צדיק, וואס איז געווען מובדל ומופרש פון די וועלט, ווי מען האט אים גערופן 'דער שרף פון סטרעליסק' האט איבער גע'חזר'ט טויזנט מאל הלכות טהרה, וואס זאלן מיר זאגן?"


הער נישט צו צו די וואס לערנען פרישות און חומרות וכו', ווייל חומרות נעמט אוועק דעם מענטש פונעם אייבערשטן; מיר האבן א שלחן ערוך, נעם דיר דעם שלחן ערוך פאר דיין וועג ווייזער און ריר דיך נישט אוועק דערפון - נישט אראפ צו נעמען און נישט צוצולייגן, וועט דיר אייביג גוט זיין.


קוק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז: פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


זיי מיר מוחל אז איך האב מקצר געווען בשעת איך וואלט ווען געדארפט מאריך זיין, אבער עס איז זייער שווער צו שרייבן הדרכות פון בינו לבינה מפני הצניעות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו בויען א בית נאמן בישראל און אויפשטעלן שיינע ערליכע דורות.

#6 - וואס איז שלעכט מיט א גראמער ביים קבלת פנים?
חתונה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א מאכט אוועק דאס נעמען א גראמער ביים קבלת פנים אז ער זאל מעורר זיין דעם חתן צו וויינען, איך פארשטיי נישט פארוואס דאס איז אזוי שלעכט, דער חתן ביום חופתו דארף דאך טאקע וויינען און זיך אויסבעטן פאר זיין נייעם לעבן אין וואס ער גייט יעצט אריין, וואס איז אזוי שלעכט אז מ'נעמט א גראמער אים מעורר צו זיין צו וויינען און זיך אויסבעטן?


יישר כח, מענדל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן מענדל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז א חתן ביום חופתו האט זייער א גרויסע כח צו פועל'ן ישועות אין הימל - סיי פאר זיך, פאר זיינע קומענדיגע דורות און פאר אנדערע אידן.


עס איז באקאנט די סיפור אז דעם רבינ'ס טאכטער איז געקומען צום רבי'ן זיך באקלאגן אז איר דינסט האט איר איבער געלאזט און זי דארף א דינסט צו העלפן אין שטוב, האט איר דער רבי געפרעגט: "האסט געבעטן דעם אייבערשטן פאר א דינסט ווען דו ביסט געשטאנען אונטער די חופה?" זעט מען וואסערע כח חתן כלה האבן ביום חופתם; מען קען אין דעם טאג אלעס פועל'ן.


דאס וואס דו פרעגסט פארוואס מען מאכט אוועק דעם מנהג צו נעמען א בדחן וואס זאל מאכן וויינען דעם חתן ביים קבלת פנים וכו'; איך זאג נאר וואס איך האב מקבל געווען פון מיין רבי מוהרא"ש. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר חתנים, אז עס איז א רחמנות אויף א חתן וואס מען דארף אים מאכן וויינען וכו'; וויינען דארף מען דורכאויס דעם טאג בין תנור לכיריים, א קלוגע חתן ווארט נישט מען זאל אים מאכן וויינען ווען ער קומט צו די חתונה בשעת'ן קבלת פנים, דעמאלט דארף דער חתן מקבל פנים זיין אלע וואס קומען אים ווינטשן מזל טוב, אננעמען זייערע ברכות און יעדן איינעם צוריק ווינטשן. א קלוגע חתן ניצט אויס דעם יום החופה ווי עס דארף צו זיין.


דער מנהג איז אז חתן כלה זאגן אויס תהילים ביום חופתם, דעמאלט איז מען זיך מתבודד, מען פארציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס מען איז אריבער, מען איז זיך מודה ומתוודה, מען זאגט וידוי פון יום כיפור - אלע על חטא'ס וכו' און מען טוט תשובה מיט א פרישע קבלה אויף ווייטער.


מוהרא"ש ברענגט דעם מנהג פון נעמען א בדחן ביים קבלת פנים (עיין בקונטרס יום הנישואין, אות י'): "וְעַל כֵּן הַמִּנְהָג שֶׁאֶחָד אוֹמֵר דִּבְרֵי כְּבוּשִׁין בְּדֶרֶךְ חֲרוּזִים בְּנִגּוּן הַמְעוֹרֵר אֶת הַחָתָן, וְלִמְשֹׁךְ אֶת לְבָבוֹ אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", דער מנהג איז צו נעמען א בדחן זאל מעורר זיין דעם חתן, אבער מוהרא"ש פירט אויס: "וְאַשְׁרֵי מִי שֶׁמִּתְעוֹרֵר בְּעַצְמוֹ, וְאֵינוֹ צָרִיךְ שֶׁיְּעוֹרְרוּ אוֹתוֹ", וואויל איז דער וואס נוצט אויס די צייט ווי עס דארף צו זיין און דארף נישט צוקומען אז איינער זאל אים מאכן וויינען וכו', עיין שם.


דער עיקר דארף א חתן כלה וויסן אז בשעת זיי גייען צו די חופה איז מען זיי מוחל אלע עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יז, א; הובא ברש"י בראשית לו, ג): "שְׁלֹשָׁה מוֹחֲלִים לָהֶן עֲוֹנוֹתֵיהֶן ... וְהַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה", פאר די דריי מענטשן איז מען מוחל אלע זייערע עבירות, איינע פון זיי - א חתן וואס האט חתונה; מען הייבט אן א פרישע בלעטעל אין לעבן.


דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטש טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו בויען א בית נאמן בישראל און צו דורות ישרים ומבורכים, אמן.

#5 - האט מוהרא"ש זי"ע געשריבן הדרכות פאר ענינים שבינו לבינה?
שלום בית, חתונה, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן אויב ס'איז דא פון מוהרא"ש זי"ע הדרכות פאר אינגעלייגט בדברים שבינו לבינה, און אויב יא וואו מ'קען דאס באקומען?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט דא קיין נושא וואס מוהרא"ש זאל נישט האבן געשריבן דערויף; מוהרא"ש האט געשריבן איבער טויזנט קונטרסים און אן א שיעור ספרים, ועל כולם האט ער געשריבן איבער זיבעציג טויזנט בריוו במשך זיין לעבן - דאס זענען די פילע בענדער "שאלות ותשובות אשר בנחל". יעדע חודש ווערן געדרוקט נאך בענדער, עס האלט שוין יעצט ביי חלק ק"ע און עס דארף נאך ווערן געדרוקט ביז חלק ר"נ. די פילע בריוו ענטהאלטן עצות און הדרכה אויף יעדע שאלה וואס איז נאר דא און א לעזונג פאר יעדע סארט פראבלעם וואס קען נאר פאסירן.


בהנהגות בינו לבינה וכו' האט מוהרא"ש שטענדיג געזאגט אזוי: "איך קען נישט שרייבן אויף דעם א ספר בפרטיות, ווייל מיינע ספרים קומען אן איבעראל, עס איז 'יד כל אדם ממשמש בו'", אבער אפילו הכי האט מוהרא"ש אלעס געשריבן אין די בריוו, פארשטייט זיך נישט ארויסגעשריבן וכו' נאר בבחינת תן לחכם ויחכם עוד.


מוהרא"ש האט נישט מיט גענומען מיט זיך קיין סודות, אלעס וואס ער האט געהאלטן וכו' האט ער געשריבן אין זיינע ספרים און דאס איבער געגעבן פאר די קומענדיגע דורות, בפרט אין די בריוו, דארט קען מען אלעס טרעפן.


טייערער ברודער, מאך זיך א שיעור אין אשר בנחל; אז עס איז דיר גרינגער אידיש זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין די אידישע אשר בנחל, אזוי וועסטו וויסן אויף יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן. וואס זאל איך דיר זאגן, "הֲפָךְ בָּהּ וַהֲפָךְ בָּהּ, דְּכֹלָּה בָהּ!" וואס דו ווילסט וויסן וועסטו דארט טרעפן, און ווען דו דארפסט נאר חיזוק וועט דיר מוהרא"ש מחזק זיין.


אויב דו קענסט נישט טרעפן אין די ספרים גענוי וואס דו זוכסט און זיין א מבין דבר מתוך דבר וכו' איז כדאי דו זאלסט זיך דורך רעדן מיט אן ערליכער איד וואס זאל דיר מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן. מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו ווערן פארפירט פון פארפירערס וואס זענען מדריך אינגעלייט מיט חומרות, און מען דארף וויסן וועם צו פרעגן.


ווען עס קומט צו פרעגן הנהגות אין לעבן, מען זוכט מיט וועם זיך שואל עצה צו זיין, דארף מען זוכן א צדיק וואס האט רחמנות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן כא): "כְּשֶׁתִּרְצֶה שֶׁיִּתְפַּלֵּל עָלֶיךָ אֵיזֶה צַדִּיק, תֵּלֵךְ לְצַדִּיק שֶׁהוּא רַחֲמָן", ווען דו ווילסט אז א צדיק זאל בעטן דעם אייבערשטער פאר דיר, זאלסטו אויפזוכן א צדיק וואס איז א רחמנות'דיגער; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן לט): "מוּטָב לְקָרֵב אֶת עַצְמוֹ לְצַּדִּיק שֶׁהוּא רַחֲמָן", עס איז בעסער צו זיין מקורב צו א צדיק וואס האט רחמנות; דאס הייסט ער ווייסט און פארשטייט דעם מהות פונעם מענטש, זיינע נאטורן און אלעס וואס ער גייט אריבער וכו', אזוי קען ער מדריך זיין דעם מענטש לויט זיין מצב וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#4 - וואס איז דער אמת'ער ריכטיגער וועג ווי אזוי אינגעלייט דארפן זיך פירן אינדערהיים?
קדושה, חתונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר אלע דרשות און חיזוק וואס זענען ממש כמים קרים על נפש עיפה, עס העלפט און שטארקט, און לערנט א וועג ווי אזוי זיך צו פירן אין יעדן מצב.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם ענין פון "קדש עצמך במותר לך" ווען עס קומט צו ענינים שבינו לבינה וכו'. יעדער מדריך און יעדער רב און דיין האט אן אנדערער מהלך אין די ענינים, איינער איז מער מחמיר און א צווייטער איז מער מקיל, און פרישע אינגעלייט האבן נישט קיין קלארקייט צו וויסן ווי אזוי זיי דארפן זיך צו פירן. איינער זאגט אז אויב מען איז מער מקיל וועט עס מאכן בעסער דעם שלום בית, א צווייטער זאגט אז דאס איז בלויז דמיונות, ס'איז נאר אן עצה פונעם יצר הרע אריינצוכאפן דעם מענטש, למעשה אויף די אונטערשטע שורה איז נישט קלאר וואס מען דארף צו טון. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א אויסקלארן דעם ענין?


אויך האב איך געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז ווען א איד לערנט אסאך גמרא און משניות, מען לערנט די הייליגע תורה, איז דאס א תיקון הברית, דאס פאררעכט אלע פגמים פונעם מענטש. למעשה זעען מיר אז אסאך גרויסע צדיקים האבן יא עוסק געווען אין תעניתים און סיגופים, זיי האבן זיך נישט באגנוגט מיט'ן לערנען תורה.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער שווער צו שרייבן פון די ענינים וכו', אבער היות אסאך אינגעלייט זענען צעמישט אין דעם ענין וועל איך פרובירן צו שרייבן וויפיל עס איז שייך.


דו שרייבסט מיר אז אין שלחן ערוך שטייט (אורח חיים, סימן רלא): "אֲפִילוּ בָּעוֹנָה הָאֲמוּרָה בַּתּוֹרָה, אִם עָשָׂה לְהַשְׁלִים תַּאֲוָתוֹ אוֹ לַהֲנָאַת גּוּפוֹ - הֲרֵי זֶה מְגֻנֶּה", ווען מען האט חתונה און מען לעבט צוזאמען וכו' זאל מען נישט אינזין האבן פאר די אייגענע הנאה; דא וועל איך דיר ווייזן ווי דער יצר הרע שפילט ארום מיט דיר, לאמיר נעמען דעם שלחן ערוך און זען וואס עס שטייט אין אנהייב פון אט דעם זעלבן סימן: "וְכֵן בְּכָל מַה שֶׁיֵּהָנֶה בָּעוֹלָם הַזֶּה, לֹא יְכַוֵּן לַהֲנָאָתוֹ אֶלָּא לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַך", אלעס וואס א מענטש טוט אויף דער וועלט זאל ער טון פארן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, ו): "בְּכָל דְּרָכֶיךָ דָּעֵהוּ", און די הייליגע חכמים חכמים דרש'נען אויף דעם: "כָּל מַעֲשֶׂיךָ יִהְיוּ לְשֵׁם שָׁמַיִם", אלע דיינע מעשים זאלן זיין נאר פארן אייבערשטן, "כְּגוֹן הָאֲכִילָה, וְהַשְּׁתִיָּה, וְהַהֲלִיכָה, וְהַיְשִׁיבָה, וְהַקִּימָה, וְהַתַּשְׁמִישׁ, וְהַשִּׂיחָה, וְכָל צָרְכֵי גּוּפְךָ", צום ביישפיל, ווען מען עסט, מען טרינקט, מען גייט, מען זיצט, מען שטייט, מען איז מיט די ווייב און אזוי אלע צרכי הגוף, "יִהְיוּ כֻּלָּם לַעֲבוֹדַת בּוֹרְאֲךָ", אלעס זאל מען טון פארן אייבערשטנס וועגן, "אוֹ לְדָבָר הַגּוֹרֵם עֲבוֹדָתוֹ", אדער מיט די כוונה אז מען זאל צוקומען דורך דער זאך צו דינען דעם אייבערשטן. "שֶׁאֲפִלּוּ הָיָה צָמֵא וְרָעֵב, אִם אָכַל וְשָׁתָה לַהֲנָאָתוֹ - אֵינוֹ מְשֻׁבָּח, אֶלָּא יִתְכַּוֵּן שֶׁיֹּאכַל וְיִשְׁתֶּה כְּפִי חִיּוּתוֹ לַעֲבֹד אֶת בּוֹרְאוֹ", און אפילו אויב איינער איז הונגעריג און דארשטעריג, אויב וועט ער עסן און טרינקען צו ווערן זאט - איז נישט גוט, נאר מען דארף אינזין האבן אז מען עסט און מען טרינקט נאר פארן אייבערשטנס וועגן.


וויל איך דיר פרעגן: ווען דו עסט און דו טרינקסט האסטו אויך קאפ דרייעניש אז דו עסט פאר דיין הנאה, אדער דעמאלט גייט דיר דאס נישט אן און דו טראכסט ניטאמאל פונעם אייבערשטן... ביי אלע אנדערע זאכן וואס דער שלחן ערוך ברענגט דארט ווייטער אראפ, למשל ווען עס קומט צו גיין שלאפן, וואס דער מחבר זאגט: "וְכֵן בִּשְׁכִיבָה, בִּזְמַן שֶׁהוּא יָגֵעַ וְצָרִיך לִישַׁן כְּדֵי לָנוּחַ מִיְּגִיעָתוֹ - אִם עָשָׂה לַהֲנָאַת גּוּפוֹ אֵינוֹ מְשֻׁבָּח, אֶלָּא יִתְכַּוֵּן לָתֵת שֵׁנָה לְעֵינָיו וּלְגוּפוֹ מְנוּחָה לְצֹרֶך הַבְּרִיאוּת, שֶׁלֹא תִּטָּרֵף דַּעְתּוֹ בַּתּוֹרָה מֵחֲמַת מְנִיעַת הַשֵּׁנָה", ווען מען איז זייער אויסגעמאטערט, אויב לייגט מען זיך שלאפן זיך אפצורוען איז נישט גוט, נאר מען דארף גיין שלאפן פארן אייבערשטנס וועגן; איז אינטערעסאנט אז דו שרייבסט נישט מיט ווייטאג ווי ווייט דו ביסט פארקראכן אז דו גייסט שלאפן יעדע נאכט פאר דיין הנאה, ווער ווייסט צי דו טראכסט בכלל פונעם אייבערשטן ביים גיין שלאפן, צי דו ליינסט קריאת שמע און צי דו גרייטסט אפילו אן נעגל וואסער; דייקא ווען עס קומט צו זיין אן ערליכער איד, מען האט חתונה און מען וויל האבן א ריינע מח, דעמאלט 'ויבא השטן'; דער שטן איז דא און ברענגט אריין עצבות און מרה שחורה, ספיקות און בלבולים צי מען מעג יא אדער מען טאר נישט, צי מען האט אינזין דעם אייבערשטן אדער מען טוט דאס פאר די אייגענע הנאה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן בפירוש (נדרים כ:): "אֵין הַלָכָה כְּיוֹחָנָן בֶּן דַהֲבָאִי", מען פסק'עט נישט ווי יוחנן בן דהבאי, ביי דעם ציטערט מען פון עונשים קשים ומרים, אבער אינטערעסאנט איז אז אפאר שירות פאר דעם זאגן חז"ל (שם, עמוד א): "כָּל הַצּוֹפֶה בַּנָּשִׁים - סוֹפוֹ בָּא לִידֵי עֲבֵירָה", ווער עס היט זיך נישט די אויגן וועט צו קומען צו טון עבירות, "וְכָל הַמִּסְתַּכֵּל בַּעֲקֵבָהּ שֶׁל אִשָׁה, הַוְיָין לוֹ בָּנִים שֶׁאֵינָם מְהוּגָנִים", און ווער עס קוקט אפילו נאר אויף די פיס פון א פרוי וועט האבן קינדער וואס וועלן נישט זיין ערליך - דארט קלאפט דיר בכלל נישט דיין הארץ, דארט שרייסטו נישט: 'וואס וועט זיין מיט מיינע קינדער?!'


איינע פון די וויכטיגסטע זאכן איז צו זיין א "מַכִּיר אֶת מְקוֹמוֹ" - זיך אליינס קענען; ווען א מענטש ליגט נאך אין עבירות, ער איז נאך ווייט פון האבן ריינע מחשבות, דארף ער זען צו טון אלעס אויף דער וועלט אז ער זאל נישט אראפפאלן אין עבירות.


דאס וואס דיין קאפ דריידט זיך צי דו ביסט א בעל תאוה צי נישט - ווען עס קומט צו לעבן מיט די ווייב אן פרישות וכו', דאס האט נישט קיין שום שייכות מיט קדושה, דאס איז פשוט דער יצר הרע וואס קומט צו אלע אינגעלייט נאך די חתונה, ווען ער זעט ווי ער גייט זיי פארלירן, ווייל זיי גייען יעצט ווערן צדיקים, קדושים, זיי גייען מער נישט נכשל ווערן אין פגם הברית רחמנא לצלן; וואס טוט דער רשע מרושע - דער יצר הרע? ער טוט זיך אן א גרויסע היט מיט א לאנגע בעקיטשע, ער לייגט ארויף די הענט אויף זיינע בריסטן און הייבט אן רעדן צו אינגעלייט פון פרישות וכו'; ער שרעקט זיי אן מיט עונשים קשים ומרים; ער שרעקט זיי אן מיט נישט ערליכע קינדער, ביז די אינגעלייט זענען זיך פורש, איינער למחצה, דער צווייטער לשליש, און דער דריטער ולרביע; אזוי כאפט ער זיי אריין אין זיין פאסטקע און איז זיי מכשיל מיט הארבע עבירות, וואס די עבירות ברענגען באמת עונשים קשים ומרים, מען פארלירט די וועלט און יענע וועלט רחמנא לצלן.


דער יצר הרע וואס איז אנגעטון מיט א גרויסע היט און א בעקיטשע דער איז זייער מסוכן; גלייך אין די ערשטע תורה מיט וואס דער רבי הייבט אן דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, זאגט דער רבי: "הַאי גַּלָּא דְּמַטְבַּע לִסְפִינְתָּא", דער יצר הרע איז ווי א וואל וואס וויל דערטרענקען דעם איד, "מִתְחַזֵּי כִּי צוּצִיתָא דְּנוּרָא חִוַּרְתָּא בְּרֵישָׁא", ער פארשטעלט זיך ווי א ווייסע ברענעדיגער מלאך; ער קומט נישט צום מענטש און רעדט אים איין צו טון עבירות, נאר ער פארשטעלט זיך ווי אן ערליכער איד און פארבט די עבירות ווי א מצוה. אנשטאט דער אינגערמאן זאל יעצט לעבן מיט זיין ווייב אן קיין שום פרישות וכו', אזוי וועט ער באקומען א ריינע מח, ער וועט זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, קומט ער און מאכט אים משוגע מיט חומרות וכו' אזוי דריידט זיך דער אינגערמאן ארום נעבעך אן א קאפ, נאך ערגער ווי אלץ בחור; דאס אלעס איז דער ארבעט פונעם יצר הרע.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט אויף דעם ספר ... וואס איז מדריך אברכים בעניני קדושה, אז דער בעל מחבר איז אן ערליכער איד, א גרויסער צדיק, אבער זיין ספר טאר מען נישט האלטן אין שטוב; דער ספר האט שוין גורם געווען אז אידישע קינדער זאלן אראפפאלן אין ביטערע עבירות. דער מחבר האט צוזאמגענומען הנהגות און פרישות פון צדיקים וואס זענען געווען מלאכים, הנהגות פון צדיקים וואס זענען געווען מובדל ומפרש פון די וועלט, און דאס געבט ער איבער פאר אונז פשוט'ע מענטשן וואס מיר זענען נאך זייער ווייט פון זיין אפילו פשוט'ע אידן...


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים כ:): "אֵין הֲלָכָה כְּיוֹחָנָן בֶּן דַהֲבָאִי, אֶלָּא כָּל מַה שֶׁאָדָם וְכוּ' - עוֹשֶׂה", מען פסק'עט נישט ווי יוחנן בן דהבאי; פרעגן די הייליגע חכמים: "ער האט דאך געהערט פון די מלאכי השרת אז אלע עונשים קומען ווייל מען איז נישט אפגעשיידט וכו'?!" ענטפערן חז"ל אז ער האט דאס נישט געהערט פון מלאכים ממש, נאר "מָאן 'מַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת'? רַבָּנָן", ער האט דאס געהערט פון די חכמים וואס ווערן אנגערופן מלאכים, "וְאַמַאי קָרוּ לְהוּ 'מַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת'? - דִמְּצַיְינִי כְּמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", פארוואס רופט מען אן די חכמים 'מלאכים?' ווייל זיי זענען אפגעשיידט פון דער וועלט ווי מלאכי השרת; ביי א מלאך איז נישט שייך די אלע זאכן, א מלאך האט נישט קיין ווייב, א מלאך האט נישט קיין קינדער, דערפאר קען א מלאך זאגן פאר מענטשן "מען דארף זיין אפגעשיידט וכו'"; דער בעל מחבר פונעם ספר ... איז אזוי ווי די מלאכי השרת, אבער מיר פשוט'ע מענטשן טארן נישט אריינקוקן אין א ספר וואס לערנט אויס פרישות, ווייל דאס מאכט מען זאל אראפפאלן אין עבירות חמורות רחמנא לצלן.


על פי תורה דארף א מענטש ווערן הייליג און ריין נאך די חתונה, איי וועסטו פרעגן אז מען הערט פון אינגעלייט ווי זיי וויינען נאך זייער חתונה אז זיי פאלן אין עבירות; נאר שולדיג אין דעם זענען די וואס לערנען מיט חתנים און זיי געבן איבער פאר חתנים א פאלשע תורה, בשעת ווען דער אינגערמאן איז קוים קוים א פשוט'ער איד, לייגט מען שוין ארויף אויף אים הנהגות און פרישות פון מלאכים. איין חילוק איז דא צווישן דער בעל מחבר ספר ... און די חתנים מלמדים, אז דער בעל מחבר האט דאס געמיינט ערנסט, ער איז טאקע א מלאך וכו', אבער די חתנים מלמדים זענען פשוט'ע מנוולים; פאר זיך לעבן זיי אן קיין פרישות וכו', און נאר אויף טייערע אברכים, אומשולדיגע חתנים וואס ווילן אנהייבן לעבן ווי ערליכע אידן, אויף זיי לייגן זיי ארויף דעם יצר הרע'ס חומרות.


אזוי איז אויך ביי כלות; מען דערשרעקט זיי, מען לייגט זיי אראפ די גאנצע זאך פון חתונה האבן און זיין צוזאמען מיטן מאן וכו' כאילו דאס איז א גוי'אישע זאך, און ווי מער אפגעשיידט מען איז אלץ מער האט דער אייבערשטער א נחת רוח - ווען דאס אלעס איז אנטקעגן די הייליגע תורה און אנטקעגן די וועגן פון ערליכע אידן; א ערליכער איד לעבט אן קיין פרישות, א ערליכע איד דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז ער האט א ווייב, אזוי איז ער אפגעהיטן פון עבירות.


וואס זאל איך דיר זאגן, ווען א מענטש הייבט אן צו לעבן מיט די עצות פון רבי'ן, ער איז זיך מתבודד יעדן טאג מיטן אייבערשטן, ער לעבט מיט אמונה, וואס ער דארף בעט ער דעם אייבערשטן און ער שפירט ווי דער אייבערשטער איז מיט אים ביי אים און נעבן אים, דער מענטש איז מקיים (משלי ג, ו): "בְּכָל דְּרָכֶיךָ דָּעֵהוּ"; אזא מענטש טוט אלעס מיטן אייבערשטן. ווען ער עסט דאנקט ער דעם אייבערשטן אויף די גוטע עסן וואס ער האט באשאפן, ווען ער גייט אין בעט ליינט ער קריאת שמע; ער דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיין טאג, ער דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט א בעט וואו צו שלאפן וכו' און בעט דעם אייבערשטן אויפן מארגנדיגן טאג, ער דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיין ווייב, אויף זיינע קינדער און אויף זיין שיינע לעבן, דעמאלט פאלן אוועק אלע פראבלעמען.


אנשטאט ארבעטן אוועק צו נעמען די טונקלקייט, קען מען ארבעטן אנצוצינדן מער און מער ליכט, דורכדעם וועט די טונקלקייט פון זיך אליינס אוועק גיין; דאס איז די וועג פון הייליגן רבי'ן, מען זאל לעבן מיטן אייבערשטן; דעמאלט איז נישטא קיין תאוות, דעמאלט איז נישט דא קיין חושך, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל מג, ב): "וְהִנֵּה כְּבוֹד אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל בָּא מִדֶּרֶךְ הַקָּדִים, וְקוֹלוֹ כְּקוֹל מַיִם רַבִּים", יחזקאל הנביא דערציילט ווי ער האט געזען כביכול דעם אייבערשטן קומען אין די עזרה, עס האט זיך געהערט א רעש ווי וואסער שטורעמט, "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ" און פלוצלינג איז ליכטיג געווארן די גאנצע וועלט; ווען מען לעבט מיטן אייבערשטן ווערט ליכטיג, אמונה מאכט ליכטיג. דאס טוט דער רבי מיט אונז, ער ברענגט אריין אין אונז פשוט'ע מענטשן אזא קלארע אמונה, אז מען הייבט אן לעבן מיטן אייבערשטן.


אויף די צווייטע שאלה וואס דו פרעגסט, אז איך זאג שטענדיג אז אויב מען לערנט אסאך גמרא און משניות איז דאס א תיקון הברית, פרעגסטו, ווי אזוי קען זיין אז דאס אליינס איז א תיקון הברית, מיר געפונען דאך אז אלע צדיקים האבן זיך מסגף געווען מיט סיגופים און תעניתים, זעט מען דאך אז לערנען אליינס איז נישט גענוג וכו'; קודם כל זאלסטו וויסן אז נישט איך זאג דאס, נאר דער רבי זאגט דאס; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס, האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן".


נישט איך זאג דאס, חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאס )ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו לערנען די הייליגע תורה רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט; דאס וואס די צדיקים האבן זיך מסגף געווען מיט סיגופים - דאס איז געווען אין די פריערדיגע דורות, דעמאלט איז דאס געווען דער וועג צוצוקומען צום אייבערשטן, אבער היינט ווען מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן דארף מען שוין נישט די אלטע וועג, אזוי ווי דער רבי האט בפירוש געזאגט, אז מען זאל נישט פאסטן קיין שום אייגענע תעניתים, נאר די ד' תעניתים און תשעה באב און יום כיפור; חוץ פון די פיר תעניתים האט דער רבי נישט געלאזט פאסטן.


דער רבי האט אונז געגעבן פאר א תיקון שווערערע סיגופים ווי פאסטן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן ו): "עִיקָר הַתְּשׁוּבָה יִשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ יִדֹּם וְיִשְׁתּוֹק", דער עיקר וועג ווי אזוי מען טוט תשובה, אז "ווען מען פארשעמט דיר זאלסטו נישט ענטפערן"; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות תפלה, סימן עז): "כְּשֶׁתִּשְׁמַע חֶרְפָּתְךָ וְתִשְׁתֹּק, תִּזְכֶּה שֶׁיַּעֲנֶה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בַּקָּשָׁתְךָ", ווען מען פארשעמט דיר און דו ענטפערסט נישט, וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט צוהערן דיינע בקשות; נאך זאגט דער רבי (שם, אות מריבה, סימן פו): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ חֶרְפָּתוֹ וְשׁוֹתֵק, עַל יְדֵי זֶה נִתְבַּטֵּל מִמֶּנּוּ רַבּוֹת רָעוֹת שֶׁהָיוּ רְאוּיִין לָבוֹא עָלָיו", ווער עס ענטפערט נישט ווען מען פארשעמט אים, איז זוכה צו מבטל זיין אסאך צרות וואס וואלט ווען געדארפט קומען אויף אים; אז דו וועסט אריין טראכטן אין די אלע דערמאנטע ווערטער פון רבי'ן, וועסטו זען אז דאס איז אסאך שווערער ווי פאסטן און גלגול שלג.


דעריבער זאלסטו אויסהערן וואס דער רבי זאגט; גיי אוועק פון דיינע נארישע מחשבות וואס זאגן דיר זאלסט זיך מדמה זיין צו די פריערדיגע צדיקים מיט פרישות און עבודות וסיגופים. פאלג דעם רבי'ן, הייב אן לערנען יעדן טאג אביסל תורה; נעם א חומש און זיי מעביר סדרה חומש, תרגום מיט רש"י, זונטאג זאלסטו לערנען ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; נעם א משניות און לערן אפאר פרקים יעדן טאג, דאס וועט אויסוואשן דיין נשמה פון אלע עוונות און חטאים; נאכדעם זאלסטו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, הייב אן ש"ס און גיי כסדרן. אויב דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה, דורכדעם וועסטו ארויס קריכן פון דיינע חטאים. און ענטפער נישט ווען מען פארשעמט דיר, אזוי וועסטו פארעכטן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען.


איך האב נאך נישט אנגעהויבן צו שרייבן אין דעם ענין וויפיל מען דארף שרייבן, וואס איך האב זוכה געווען מקבל צו זיין פון מוהרא"ש בדברים שבינו לבינה, איך קען ווען שרייבן נאך טויזנט בלעטער, אבער מען קען נישט אלעס שרייבן מפני הצניעות; שלמה המלך זאגט (משלי ט, ט): "תֵּן לְחָכָם וְיֶחְכַּם עוֹד, הוֹדַע לְצַדִּיק וְיוֹסֶף לֶקַח", לערן דעם קלוגן און ער וועט שוין אליינס פארשטיין ווי אזוי זיך צו פירן.


דער עיקר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט אפנארן בזה העולם; דער רבי האט אונז געבעטן (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מען דארף זייער אכטונג געבן זיך נישט צו לאזן אפנארן, נאר מען זאל זיך פרייען מיט פשטות אידישקייט, מען זאל זיך פרייען אז מיר האבן א רבי וואס לערנט אונז ווי אזוי זיך צו פירן און ער נעמט אונז ארויס פון אלע אונזערע דמיונות, חלומות וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען גיין אין די וועגן פון הייליגן רבי'ן און זיך נישט אפנארן, דאן וועלן מיר זיין ערליכע אידן.

#3 - איך שפיר נישט קיין טעם אין לעבן, ווי אזוי פריש איך זיך אויף?
חתונה, יאוש, ספיקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן און איך גיי חתונה האבן אין עטליכע חדשים אי"ה, און איך מוז אייך ארויסשרייבן מיינע געפילן.


איך בין ממש אינגאנצן אויסגעלאשן און איך האב נישט קיין טעם אין מיין לעבן. איך שפיר נישט קיין טעם אין מיין אידישקייט, אין מיין ציצית און תפלין, און אין גארנישט. איך האב נישט קיין קיין אידישקייט און איך האב נישט קיין גוי'אישקייט, איך בין ממש אן אויסגעלאשענער מענטש. איך האב טאקע נישט קיין סמארטפאן אבער אויפ'ן גאס מוז איך קוקן אויף יעדע פרוי און מיידל. די איינציגסטע זאך וואס איך האב איז נאר אז מיין מאמע איז א איד, און דעריבער בין איך אויך א איד.


איך ווייס אז מיין איינציגסטע עצה איז נאר צוריק זיך אויפצופרישן און צוריק קומען צום אייבערשטן, איך שפיר אבער נישט אז איך קען רעדן צום אייבערשטן, איך זע נישט פארוואס דער אייבערשטער זאל אפילו קוקן אויף מיר, אין די צייט וואס ער האט מיר געגעבן אזויפיל געלעגנהייטן צו זיין וואויל, און איך האב זיי אלע אוועקגעווארפן. פארוואס זאל ער מיר גלייבן אז איך וויל תשובה טון, ווען דער אמת איז דאס וועט בלויז אנהאלטן אפשר פאר עטליכע טעג.


פון אינדרויסן זע איך אויס זייער חשוב, מ'איז מיר אפילו מקנא, ווען זיי וואלטן אבער געוואוסט וואס טוט זיך ביי מיר אין הארץ וואלט מיר קיינער נישט מקנא געווען, איך בין אויסגעלאשן און צעבראכן, און איך האף אז איר וועט מיר קענען געבן אן עצה ווי אזוי אויפצולעבן און זיך אויפפרישן.


יישר כח, חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי-קדושים, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד החתן חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", און דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטש טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פון דאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


דו ווייסט אודאי אז פאר א חתן איז מען מוחל אלע עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יז, א; הובא ברש"י בראשית לו, ג): "שְׁלֹשָׁה מוֹחֲלִים לָהֶן עֲוֹנוֹתֵיהֶן - גֵּר שֶׁנִתְגַּיֵּר, וְהָעוֹלֶה לִגְדוּלָּה, וְהַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה", פאר די דריי מענטשן איז מען מוחל אלע זייערע עבירות, א גר וואס איז זיך מגייר, ווען איינער איז עולה לגדולה און א חתן וואס האט חתונה, אזוי ווי עס שטייט "מָחֲלַת" - שֶׁנִּמְחֲלוּ עֲוֹנוֹתָיו; דערפאר איז יעצט די פאסיגע צייט אז דו זאלסט אפלאזן אלע דיינע חכמות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר און אנהייבן נוצן די עצות פון הייליגן רבי'ן.


וויסן זאלסטו אז די אלע מחשבות וואס דו טראכסט און אלע ספיקות וואס דו האסט - צי דער אייבערשטער דארף דיר יא וכו', דאס איז אלעס בטל ומבוטל כעפרא דארעא, ווייל דער אייבערשטער שטייט און ווארט אז דער מענטש זאל זיך צוריק קערן צו אים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ב, יב): "יָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא לְעוֹלָם פְּתוּחָה לְקַבֵּל שָׁבִים", דעם אייבערשטנ'ס האנט איז שטענדיג אויסגעשטרעקט צו מקבל זיין מענטשן וואס ווילן תשובה טון, עס איז נישט דא א מענטש וועמען דער אייבערשטער נעמעט נישט צוריק, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט - אויב טוט ער תשובה, ער לאזט אפ זיינע עבירות, איז אים דער אייבערשטער מקבל.


דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ט, מחכם ותם) אז ווען דער תם האט באקומען דעם בריוו פונעם מלך אז ער וויל רעדן מיט אים, איז ער גלייך געלאפן צום קעניג אן קיין חכמות און אן קיין ספיקות, מה שאין כן דער חכם ווען ער האט באקומען דעם בריוו פונעם קעניג אז דער קעניג וויל רעדן מיט אים, האט ער אנגעהויבן מיט כפירה; קודם האט ער געזאגט "ווי אזוי קען זיין אז דער קעניג - וואס דאס איז דער אייבערשטער - וויל רעדן צו מיר?! איך בין דאך אזא קליינטשיגער מענטש, ווי פאסט עס אז אזא גרויסע קעניג זאל מיר דארפן וכו'?!" ביז ער האט אפגעמאכט אז עס איז גאר קיין קעניג נישט דא אויף דער וועלט (עפרא לפומיה).


ווייל דאס איז דער סוף ווען מען גייט מיט די אייגענע חכמות און מען מיינט אז מען איז קלוגער פון די הייליגע חכמים; אז זיי האבן אונז געזאגט אז אפילו א מענטש האט געטון די הארבסטע עבירות קען מען נאך אלץ תשובה טון, דארף מען גלייבן אין דעם.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיב): " אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן גלייב אויך אז דו קענסט פארעכטן; אזוי אויך האט דער רבי געשריגן מיט א הויעך קול (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; ווייל אפילו א מענטש זאל אפטון די ערגסטע עבירות קען ער נאך אלץ צוריק קומען צום אייבערשטן. און אז ער טוט תשובה נעמט דער אייבערשטער אן זיין תשובה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט הושע, רמז תקלב): אויפן פסוק (הושע יד, ב): " שׁוּבָה יִשְׂרָאֵל עַד ה' אֱלֹקֶיךָ; אָדָם עוֹמֵד וּמְחָרֵף וּמְגַדֵּף בַּשּׁוּק וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא אוֹמֵר לוֹ עֲשֵׂה תְּשׁוּבָה בֵּינִי לְבֵינְךָ וַאֲנִי מְקַבֶּלְךָ", א מענטש איז מחרף ומגדף דעם אייבערשטן, מיט דעם אלעם זאגט דער אייבערשטער: "טו תשובה און איך וועל דיר מוחל זיין"; איז דען דא א גרעסערע עבירה ווי רעדן אויפן אייבערשטן און אים לעסטערן? דאס איז דאך דאס ארגסטע זאך אויף דער וועלט! מיט דעם אלעם זאגט דער אייבערשטער: "קום צוריק צו מיר און איך בין דיר מוחל", און נישט נאר איז אים דער אייבערשטער מוחל, נאר דער אייבערשטער געבט אים נאך כבוד, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תהילים, מזמור יח): "שֶׁכָּל הָעוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה מֵעֲבֵרָה שֶׁבְּיָדוֹ, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מוֹסִיף לוֹ כָּבוֹד, וְקוֹרֵא לוֹ שֵׁם חָבִיב".


א איד דארף אנטון תפילין אפילו ער שפירט נישט קיין שום טעם אין דעם; דאס איז די לעבן פון א איד. מען דארף גיין מיט ציצית נישט ווייל מען שפירט א טעם אין טעם, נאר ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן.


דו שרייבסט: "די איינציגסטע זאך וואס איך האב נאך, אז איך בין א איד"; א איד דארף גארנישט מער פון דעם, און מיט דעם אליינס קען מען זיך שוין מחי' זיין א גאנץ לעבן. זינג צום אייבערשטן: "געלויבט ביסטו הייליגער באשעפער אז איך בין א איד; ברוך ה' אז א גוי בין איך נישט".


דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק א מורא'דיגע מעשה (חג השבועות, אות יג) אז דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחיה ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, און איך האב גלייך געמאכט די ברכה "שלא עשני גוי", מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


זעט מען פון דעם, אז אויב אזא הייליגע צדיק וואס דער רבי האט אים אנגערופן "פאר הדור" (עיין שיחות הר"ן, סימן קצו) האט זיך נישט געהאט מיט וואס מחזק זיין נאר מיט'ן "שלא עשני גוי", איז דאך זיכער אז מיר קליינטשיגע מענטשעלעך וואס מיר זענען טאקע גארנישט, דארפן מיר זיכער נעמען דעם "שלא עשני גוי" און זיך מחזק זיין מיט דעם, טראכטן שטענדיג צו זיך: "ברוך ה' איך בין נישט קיין גוי טמא, איך בין א איד".


איך האף אז דו וועסט זיך מחזק זיין מיט דיינע ווערטער וואס דו שרייבסט "די איינציגסטע זאך וואס איך האב נאך אז איך בין א איד"; ווייל אז דו וועסט זיך פרייען מיט דעם נקודה וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה און דו וועסט זוכה זיין אויפצובויען א בית נאמן בישראל.

#2 - פארוואס האט דער רבי געמאכט דעם ניגון "עוז והדר לבושה' ביי זיין טאכטער'ס חתונה?
חסידות ברסלב, חתונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מאך אי"ה חתונה א טאכטער אין עטליכע וואכן ארום, איך האב געהערט אז דער רבי האט געמאכט דעם ניגון אויף די ווערטער "עוז והדר לבושה" לכבוד זיין טאכטער'ס חתונה. האב געוואלט פרעגן וואס איז די טיפערע כוונה אונטער דעם, וואס קען איך ארויסנעמען פון דעם ניגון לכבוד מיין טאכטער'ס חתונה?


יישר כח פאר'ן נעמען די צייט צו ענטפערן.


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם ניגון האט נישט דער רבי געמאכט; דער מעשה איז געווען ביי איינער פון אנשי שלומינו רבי מאיר לייב בלעכער זכרונו לברכה. ער איז געווען דער רבי פון ר' אברהם ב"ר נחמן, ער האט געלערנט מיט אים זייער אסאך גמרא רש"י און תוספות, זיי האבן דורכגעלערנט פילע מסכתות אין ש"ס.


ר' מאיר לייב איז געווען זייער א גרויסער ארימאן, איינמאל האט ער געהאלטן פאר די חתונה פון א טאכטער און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א קלייד פאר די כלה, ווען זיין טאכטער די כלה האט אים געבעטן: "טאטע, וואס וועט זיין מיט א קלייד?" האט ער איר געזינגען דעם באקאנטן ניגון אויפן פסוק (משלי לא, כה): "עֹז וְהָדָר לְבוּשָׁהּ וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן"; דעמאלט האט ער פארפאסט דעם ליד און פון אים איז דער ניגון געווארן באוואוסט צווישן אנשי שלומינו.


למעשה האט דער אייבערשטער געהאלפן אז ממש פאר די חתונה איז געשען א נס און ער האט געקענט קויפן קליידער וכו'.


ווען א מענטש ווייסט אז איין טאג וועט ער דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן דעמאלט כאפט ער אריין יעדן טאג גוטע זאכן; ער כאפט אריין זאכן וואס וועלן אים איבערבלייבן אויף יענע וועלט.


ווען א מענטש לעבט מיטן תכלית גייט אים נישט אן צי מען לאכט פון אים, ווייל ער ווייסט אז לאכן לאכט דער וואס לאכט ביים סוף. ער קוקט נישט אויף מענטשן וואס מאכן אוועק דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, ער קוקט אויף זיך. ער נעמט יעדן טאג א חומש, א משניות, א גמרא און לערנט די הייליגע תורה, ער קוקט נישט אויף גארנישט - צי ער פארשטייט יא צי ער פארשטייט נישט.


דערפאר זינגען די ברסלב'ער חסידים זייער אסאך דעם ניגון: "עֹז וְהָדָר לְבוּשָׁהּ וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן", מען חזר'ט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה נב, ג): "אֵימָתַי הַתּוֹרָה מְשַׂחֶקֶת לְמִי שֶׁהוּא עָמֵל בָּהּ? לְיוֹם אַחֲרוֹן. הֱוֵי 'וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן'"; א מענטש וואס האט יעדן טאג געלערנט, ווען ער וועט אוועק גיין פון דער וועלט וועט ער לאכן פון אלעמען, די תורה וועט אים אנקעגן קומען ווי א שיינע קלייד.


אז דו שטייסט יעצט פארן חתונה מאכן דיין טאכטער זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט ענק און דו זאלסט נישט אויפהערן בעטן אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן אסאך אידיש נחת פון אלע דיינע קינדער, אמן.

#1 - איך בין א כלה, קענט איר מיר געבן הדרכות פאר'ן נייעם לעבן?
תפילה והתבודדות, חתונה

תוכן השאלה‎

שלום לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


אי"ה קומענדיגע וואך האב איך חתונה בשעה טובה ומוצלחת. איך וויל זייער שטארק בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו שרייבן אביסל עצות, שכל, און הדרכה, ווי אזוי צו פירן מיין נייע לעבן.


א גרויסן יישר כח.


א כלה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר אייער חתונה בשעה טובה ומוצלחת; דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן אויפשטעלן א "בית נאמן בישראל", ערליכע אידישע דורות, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט, אמן.


איר האט מיר געבעטן פאר הנהגות, שכל און הדרכה פארן לעבן.


איר ווייסט דאך אודאי דעם סיפור אז ווען דער רבי'ס טאכטער איז געקומען צום רבי'ן זיך באקלאגן אז איר דינסט איז אוועקגעגאנעגען פון איר און זי דארף א דינסט צו העלפן אין שטוב, האט איר דער רבי געפרעגט: "האסט געבעטן דעם אייבערשטן פאר א דינסט ווען דו ביסט געשטאנען אונטער די חופה?" זעט מען וואסערע כח חתן כלה האבן ביום חופתם, מען קען אין דעם טאג אלעס פועל'ן.


ווען א מענטש געוואוינט זיך איין זיך אויסצורעדן זיין הארץ צום אייבערשטן איז ער א געהאלפענער, ווייל וואס עס וועט אריבער גיין אויף אים וועט ער דערציילן פארן אייבערשטן; וואס עס זאל פאסירן מיט אים ווייסט ער אז דאס איז נישט קיין פערצופאל נאר דאס קומט פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "ווען מען וויל שטראפן א מענטש, נעמט מען אים אוועק זיין אמונה"; ווייל ווען א מענטש האט א קלארע ריינע און לויטערע אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער - דומם, צומח, חי, מדבר, אלעס איז נאר עצם עצמיות חיות אלוקתו יתברך, קען מען אים נישט שטראפן, ווייל וואס עס וועט נאר פאסירן מיט אים ווייסט ער אז דאס איז נישט קיין פערצופאל און ער איז דאס מקבל באהבה.


אז מען וויל האבן שכל ווי אזוי צו לעבן - סיי מיט זיך אליין און כל שכן מיט א מאן, דארף מען טון וואס שטייט אין פסוק (איכה ב, יט): "שִׁפְכִי כַמַּיִם לִבֵּךְ, נֹכַח פְּנֵי ה'" - זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים בעטן אז מען זאל וויסן ווי אזוי מען דארף זיך פירן מיט א מאן און ווי אזוי מען פירט זיך מיט קינדער וכו', אזוי באקומט מען שכל. מוהרא"ש זאגט: "שכל איז די ראשי תיבות "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ", דאס איז די שכל וואס דער רבי געבט אונז, מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, ערליכע אידישע דורות, אמן.