שאלה אין קורצן ענין
#126 - עלטערן זאלן זיך רופן איינער דעם צווייטן ביים נאמען?
שלום בית, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך זע ביי משפחות אז ס'איז איינגעפירט אז די עלטערן רופן זיך נישט איינער דעם צווייטן ביים נאמען, מען זאגט נאר 'טאטי' און 'מאמי'; איז דאס א וויכטיגע זאך? ווייל מיר שפירן אז עס ברענגט מער א נאנטשאפט צווישן אונז ווען מיר רופן זיך יא ביים נאמען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שלום בית איז די העכסטע זאך, אין א שטוב וואו עס איז דא שלום בית - רוט די שכינה, און עס איז דא אלע ברכות, און חס ושלום אויב מען קריגט זיך - טרייבט מען ארויס די שכינה און מען פארלירט אלעס.


זייט אייך מכבד איינער דעם צווייטן, רעדט שיין איינער צום צווייטן, און בעיקר האט נישט מורא זיך צו אנטשולדיגן און איבערבעטן, אפילו יענער איז נישט גערעכט און איך בין גערעכט. מיין מאמע זאל געזונט זיין זאגט מיר שטענדיג: "דער וואס אנטשולדיגט זיך ווען ער איז נישט גערעכט - דער איז אן אמת'ער מענטש, דער וואס בעט איבער ווען עס איז א ספק אויב ער איז גערעכט - דער איז א קלוגער און דער וואס בעט איבער ווען ער איז גערעכט - דער האט שלום בית".


בדרך כלל ווען עס זענען דא קליינע קינדער רופט מען זיך נישט ביי די נעמען, אזוי איז גרינגער פאר די קינדער צו רופן די טאטע 'טאטע', און די מאמע 'מאמע' און נישט ביי די נעמען, אזוי ווי די הלכה איז, אז קינדער טארן נישט רופן די עלטערן ביים נאמען (שלחן ערוך יורה דעה סימן רמ, סעיף ב).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#125 - ווי אזוי בין איך מסביר פאר מיין טאטע אז ברסלב איז גוט פאר מיר?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, צדיקים, בית המדרש, דאווענען, בזיונות, סדר דרך הלימוד, מנין, מוהרנ"ת ז"ל, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן, איך הער יעדן טאג די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, מיט'ן סדר דרך הלימוד בין איך זוכה צו לערנען אסאך תורה יעדן טאג. יישר כח פאר אלע חיזוק.


איך האב אבער א פראבלעם אז מיין טאטע איז זייער ברוגז אז איך בין מקורב צו היכל הקודש און צו ברסלב. ווי אזוי קען איך אים מסביר זיין אז עס איז א גוטע פלאץ פאר מיך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג נישט צו מצער זיין דיין טאטע חס ושלום; טענה נישט מיט אים, מיט א טאטע מאמע טענה'ט מען נישט; דו זאלסט ווייטער לערנען און דאווענען און זיך פירן מיט די הייליגע רבינ'ס עצות וסוף הכבוד לבוא.


דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט געהאט שרעקליכע רדיפות פון זיין טאטע, זיין טאטע האט אויפגעהעצט זיין ווייב זי זאל זיך חס ושלום גט'ן פון רבי נתן. רבי נתן האט געווארט מיט געדולד, ער האט געשוויגן, ער האט ווייטער מכבד געווען זיין טאטע. אלעס וואס זיין טאטע האט אים געזאגט האט ער געפאלגט, אויסער זאכן וואס האט מיטן הייליגן רבי'ן. ביז שפעטער פלעגט רבי נתנ'ס טאטע זיך אויפשטעלן פאר רבי נתן און אים רופן מיט א טיטל ר', וואס געווענליך א טאטע רופט נישט אן אייגן קינד ר'; ער האט געזאגט פאר רבי נתן: "איך האב אזויפיל נחת פון דיר, דו ביסט מיך אזוי מכבד, דעריבער ריף איך דיך מיט א טיטל ר'".


שטארק זיך מיט די עצות פון רבי'ן, גיי אין שול דאווענען מיט מנין די דריי תפילות, דאס זאל זיין דיין גרעסטע שטאלץ, זיי פרייליך מיט יעדע מצוה און זיי זיך קובע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן אפילו אן פארשטיין, אויך זאלסטו גיין התבודדות יעדן טאג, גיס זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים וואס גייט איבער אויף דיר, שמועס מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינד, אויך זאלסטו זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ צו יעדן איינעם און בעיקר צו דיינע עלטערן. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק; אלע קוקן דיך נאך, אלע זוכן פשטים פארוואס דו ביסט אנגעקומען קיין ברסלב; זאלסטו זייער אכטונג געבן זיך נישט טענה'ען מיט קיינעם, אזוי וועלן דיינע עלטערן נישט האבן קיין צער פון דיר, אדרבה זיי וועלן בעטן אלע קינדער זאלן לערנען די הייליגע ספרים פון רבי'ן.


וועסט אליינס זען, במשך הזמן אז דו וועסט זיך נישט טענה'ען, דו וועסט סובל זיין די בזיונות, דו וועסט נישט גיין אין ויכוחים מיט זיי - וועלן אלע האבן נחת פון דיר. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; אויף איינעם וואס פירט זיך ערליך זאגט מען 'קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך', אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#124 - ווי אזוי איז מען מכבד עלטערן, וואס רייסן אראפ איינער דעם צווייטן?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


לעצטנס האב איך א שטיקל שייכות מיט איינעם פון א צעבראכענע שטוב ה' ירחם, די עלטערן זענען צוטיילט וכו', איך האב גערעדט מיט אים אז טראץ אלע שוועריקייט, מוז ער נאכאלץ שעצן זיינע עלטערן. פרעגט ער מיך, "ווי אזוי קען איך שעצן מיינע עלטערן, ווען מיין טאטע האט אלע יארן געטשעפעט און אוועקגעמאכט מיין מאמע, און די זעלבע פארקערט, די מאמע אויפ'ן טאטע. איך האב אלעמאל געהערט חסרונות אויף ביידע זייטן, קען איך זיי אנהויבן מעריך זיין און שעצן?", איך האב פרובירט אים צו ענטפערן אויף דעם, אבער עס גייט נאכנישט אריין אין זיינע אויערן, וואס דארף איך אים זאגן און וואס קען איך אים זאגן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף מכבד זיין טאטע מאמע נישט ווייל די געפיל זאגט אזוי און עס איז געשמאק, נאר ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן; נישט קיין חילוק אויב די עלטערן קריגן זיך אדער נישט, מיר דארפן מכבד זיין טאטע מאמע ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געזאגט, און אז מען איז מכבד די עלטערן - איז דא השראת השכינה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁלֹשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בָּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אָבִיו, וְאִמּוֹ, בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִּבְּדוּנִי", דריי שותפים איז דא אינעם מענטש - דער אייבערשטער, טאטע און מאמע; ווען א מענטש איז מכבד זיינע עלטערן, זאגט דער אייבערשטער: "איך קום וואוינען צווישן אייך, און איך רעכן דאס אזוי ווי איר זענט מיר מכבד".


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל קוקן אויף די עלטערן מיט די גרעסטע כבוד און הייליגקייט. מען האט נישט קיין השגה ווי הייליג עלטערן זענען, די הייליגע חכמים - זיי האבן געקוקט אויף זייערע עלטערן מיט די גרעסטע הייליגקייט; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שם לא:) דער הייליגער רב יוסף איז געווען בלינד, ער האט נישט געזען ווען זיין מאמע קומט אריין, ער האט אבער זייער גוט געהערט, און ווען ער האט געהערט די קול פון די פוסטריט פון זיין מאמע פלעגט ער זאגן מיט שמחה: "איקום מקמי שכינה דאתיא", לאמיר זיך אויפשטעלן פאר די שכינה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#123 - ווי אזוי העלף איך מיין טאטע וואס ליגט אין א טיפע מרה שחורה?
התחזקות, כיבוד אב ואם, אמונה, ספרי ברסלב, הפצה, עצבות, פירושים, מרה שחורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע אור פון אמונה פשוטה וואס דער ראש ישיבה שליט"א פארשפרייט אויף די וועלט, בפרט צווישן היימישע חסידישע קרייזן.


איך שרייב דא וועגן מיין טאטע זאל זיין געזונט, א וואוילער איד אין די מיטעלע יארן, וואס איז אריינגעפאלן אין א טיפע מרה שחורה פון וואס ער קען זיך נישט ארויסזען. שוין געווען ביי דאקטורים, טעראפיסטן, שטארקע מעדעצינען, אבער גארנישט העלפט נישט. ער איז אזוי צובראכן און מיואש פון זיין מצב, אז ער האט שוין אינגאנצן אויפגעגעבן אויף זיך רחמנא ליצלן. איך פיל אז די איינציגסטע האפענונג איז אריינצושיינען אין אים דעם רבינ'ס אור און עצות אויף א שטארקע פארנעם, ביז ער וועט זיך בעזהשי"ת אינגאנצן ארויסזען פון זיין מצב. די שאלה איז וויאזוי הייבט מען אן?


אפשר קען איך אים ברענגען צום ראש ישיבה שליט"א פאר א קורצע שמועס? פשוט צוריק אריינצוברענגען אין אים א שטיקל חיות און אים מחזק זיין אנצוגיין ווייטער. מיר זענען אובד עצות און מיר קוקן ארויס אויף ישועת השם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען די מפיצים גייען אין שולן מיט די הייליגע ספרים און קונטרסים, מיט די הערליכע גליונות - לאכט מען פון זיי, און אלע זאגן 'וואס פעלט אויס די זאכן? ווער דארף חיזוק? ווער איז צעבראכן? א נייע וועלט היינט געווארן, מען רעדט אזויפיל פון חיזוק...' מען לאכט אפ, ביז עס הויבט אן איבערגיין וואס גייט איבער... דעמאלט וויל מען חיזוק; וואלט מען זיך אנגעגרייט מיט דעם רבינ'ס לימודים - וואלט די לעבן אריבער שיין און זיס.


יוסף הצדיק זאגט (בראשית מא, לה-לו), מען דארף זיך אנגרייטן אין די פעטע יארן, דאס מיינט מען די יונגע יארן, ווייל באלד קומט די הונגער יארן און מען וועט שטארבן, דאס איז ביי יעדן איינעם; אין די יונגע יארן טראכט מען 'וואס דארף מען רעדן אזויפיל פון אמונה? וואס דארף מען רעדן פון חיזוק?' עס איז א בחינה פון די זיבן פעטע יארן, מען לאכט זיך אויס; ביז מען ווערט עלטער, אדער אפילו ווען מען איז יונג און עס הויבט אן איבערגיין אויפן מענטש וואס גייט איבער, דעמאלט זעט מען; דער וואס האט זיך אנגעגרייט מיט אסאך אמונה - דער קען אנגיין אין לעבן, און אז מען האט נישט געהערט אן א שיעור חיזוק אויף אמונה - איז גאר שרעקליך, מען פאלט אריין אין עצבות און מרה שחורה, ביז די לעבן איז א טויטע לעבן.


גיי שפאצירן מיט דיין טאטע, נעם אים ארויס פון שטוב; עס איז זייער וויכטיג ארויסצוגיין פון שטוב, ווייל פון זיצן אין שטוב טעג און וואכן איז זייער נישט גוט, מען קען אינגאנצן צוגרונד גיין. גיי מיט אים שפאצירן, רעד מיט אים על דא ועל הא, דערצייל אים פון דיין לעבן, דערצייל אים פון וואס דו לערנסט, פון דיין עבודת השם, דאס וועט אים פרייליך מאכן.


גרייט זיך אן יעצט אין דיינע פעטע יארן מיט אסאך חיזוק אויף אמונה, לערן די הייליגער ספרים פון רבי'ן, חזר דאס אן א שיעור מאל - וועסטו באקומען א קלארע לויטערע אמונה, ביז דו וועסט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, רעד צו אים, שמועס מיט אים, דאנק און לויב - אזוי וועסטו זיין שטענדיג פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - וואס טו איך ווען מיין שוויגער שיקט א נישט צניעות'דיגע קלייד?
שלום בית, צניעות, כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט אין א 'מכתב יומי' פונעם ראש ישיבה שליט"א, ווי דער ראש ישיבה שרייבט, "דיר בעט איך, האב רחמנות אויף דיין לעבן, מאך נישט אוועק צניעות, רייס נישט אראפ דיין ווייב. אז זי פרעגט דיר אויף א קלייד אויב עס איז גוט, אז זי זאגט דיר 'מיין מאמע זאגט מיר איך זאל נישט גיין מיט דעם' - לאך זיך נישט אויס און מאך א געשפעט, זאג איר: "פאלג דיין מאמע, גיי נישט מיט דעם, אזוי וועלן אונזערע קינדער אונז אויסהערן"; זאג איר: "וואס וועט זיין, אונזערע קינדער וועלן זיך אויסלאכן פון אונז, זיי וועלן מער נאכגיין די לינקע גאס".


האב איך געוואלט פרעגן וואס מען טוט ווען די מעשה איז פארקערט, אז איר מאמע האט איר געקויפט א מתנה א קלייד, אבער איך האלט אז עס איז נישט גענוג איידל, וואס דארף איך דעמאלט טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט מחזק דיין ווייב צו גיין אנגעטון בצניעות. עס איז דא ביי אסאך אינגעלייט און יונגע ווייבלעך אז מען האט א רייץ וכו', מען זוכט ווי מען קען אראפנעמען פון די צניעות וכו', און ווען די עלטערן; די מאמע אדער די שוויגער זאגן: "מען גייט נישט אזוי, עס איז נישט צניעות'דיג" - דארף דער מאן האבן שכל נישט צו מאכן קיין מחלוקות, נישט העצן די ווייב קעגן איר מאמע, און אודאי נישט קעגן די שוויגער, נאר מחזק זיין די ווייב זי זאל זיין באשיידן און נישט אוועקגיין פון די איידעלע וועג.


ווען די מעשה גייט פארקערט, די מאמע קויפט קליידער וואס איז נישט אזוי צניעות'דיג - דארף מען אכטונג געבן נישט וויי צו טון די מאמע. כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה, מען טאר נישט טענה'ן און נישט גיין אין ויכוחים מיט די עלטערן. מען באדאנקט זיך און נאכדעם לייגט מען די קליידער אין די זייט, און מען טוט זיך נאר אן איידל.


זיי שטארק, זיי מחזק דיין ווייב זי זאל גיין אנגעטון איידל; נישטא קיין שענערע זאך ווי אן איידעלע אידישע פרוי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כה:): "אשה מקושטת לתלמידי חכמים" - דאס איז שיין און דאס איז גוט; די אלע וואס מאכן נאך די גוים, די אומות העולם - ווערן נישט פרייליך, עס מאכט נישט בעסער די שלום בית, די ליבשאפט צווישן מאן און ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - פארוואס נעמט איר זיך אן פאר די עלטערן קעגן די קינדער?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם האב איך געוואלט זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים און חיזוק, דאס אז איך האב שלום בית איז נאר בזכות דעם ראש ישיבה, איך און מיין ווייב מיט די קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטען; דאס אז איך מאך אויף א אידיש ספר יעדן טאג, איך בין מעביר סדרה מיט רש"י, ח"י פרקים משניות, עטליכע דפים גמרא, איז נאר בזכות דעם ראש ישיבה; אלס בחור פלעג איך לערנען גאנצע נעכט אבער נאך מיין חתונה האב איך ממש נישט אויפגעמאכט קיין ספר; און אזוי ווייטער קען איך אויסרעכענען פילע זאכן וואס מיין לעבן איז גוט געווארן בזכות די שיעורים.


און יעצט צו מיין שאלה, איך הער דעם ראש ישיבה'ס שארפע שיעורים איבער כיבוד אב ואם, און איך טראכט צו זיך אז אויב דער ראש ישיבה וואלט מיטגעמאכט מיט זיין טאטע דאס וואס איך האב מיטגעמאכט אינדערהיים, וואלט דער ראש ישיבה ענדערש מער מחזק געווען די בחורים וואס ליידן פון זייערע עלטערן, דער ראש ישיבה וואלט אנשטאט דעם געגעבן די שארפע שיעורים פאר די טאטעס.


יארן לאנג פלעג איך זיצן כמעט ביי יעדע שבת'דיגע סעודה אין מיין שלאפצימער אין דארט וויינען, ווייל מיינע עלטערן פלעגן מיך רצח'נען, שלאגן, און פארשעמען. איך פלעג זיך עפעס אמפערן מיט מיין ברודער, און זיי האבן נאר מיך אנגע'הרג'ט די ביינער און זיי האבן אים פשוט מער ליב געהאט פון איך.


איך פלעג האבן א באזונדערע הנאה אויסצוטון מיין קאפל, ווייל איך האב נישט געוואלט האבן שייכות מיט עפעס וואס האט שייכות מיט מיינע עלטערן.


היינט פיר איך זיך אויף מיט דרך ארץ צו מיינע עלטערן, נאר א דאנק דעם ראש ישיבה'ס חיזוק אויף דעם, אבער בעצם פיל איך אפשר וואלט איך זיי געדארפט פארהאלטן אז איך בין געבליבען א בעל מום בנפש ביז'ן היינטיגן טאג און איך לייד פון דעם צוליב זייער אכזריות, אזוי ווי מהרא"ש האט מסביר געווען ביים הספד אויף לייבי קלעצקי ע"ה אז ווען מען צעברעכט און רצח'ט א קינד בלייבט ער א בעל מום בנפש און אפגע'שחט'ן פאר זיין גאנץ לעבן. אויך פלעג איך זוכן צו באקומען ליבשאפט פון אנדערע קינדער אויף נישט געזונטע וועגן, ווייל איך האב נישט באקומען קיין שום ליבשאפט אינדערהיים.


דאס אז איך בין היינט נאך ביים זינען, דאס וואס איך בין נאך היינט ביים אייבערשטן, איז נאר ווייל דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיר געשיקט א קארטל מיט די נומער פונעם "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, און איך האב אנגעהויבן הערן שיעורים פונעם ראש ישיבה, וואס נאר דאס האט מיר געשטעלט אויף די פיס.


חז"ל זאגן אין מסכת קידושין אז א טאטע וואס טוט פארשידענע זאכן צום קינד, איז עובר אויף לפני עור לא תתן מכשול, ווייל דער טאטע מיט זיין אכזריות און שלעכטע מידות צווינגט דאס קינד צו זיין א מחוצף קעגן אים.


פארוואס איז דאס קינד אן אויסוואורף ווען ער פרובירט צוריק צו ענטפערן זיינע עלטערן? אפשר ביי דעם גייט אן הבא להרגך השכם להרגו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט פארוואס איז דאס קינד אן אויסוואורף ווען ער ענטפערט צוריק זיין טאטע? ווייל די תורה זאגט (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ", די תורה זאגט (ויקרא יט, ג): "אִישׁ אִמּוֹ וְאָבִיו תִּירָאוּ", מען דארף מורא האבן פון טאטע און מאמע; מען טאר זיי נישט ענטפערן, מען דארף מורא האבן פון זיי.


אז מען האט א טאטע מאמע וואס שרייען און פייניגן - האבן די קינדער נישט קיין רעכט צו מזלזל זיין אין זיי; מען טאר נישט ענטפערן פאר א טאטע, זאל דער טאטע שרייען, שלאגן און שפייען אויפ'ן קינד - טאר מען נישט פארשעמען דעם טאטן, מען דארף שווייגן און דאס אננעמען.


ווייסטו בכלל אז עס איז דא שלחן ערוך אויף הלכות כיבוד אב ואם? לאמיר לערנען אינאיינעם הלכות כיבוד אב ואם, דער הייליגער שלחן ערוך פרעגט (יורע דעה סימן רמ, סעיף ג): "עד היכן מוראם?" ביז וויפיל דארפן קינדער ליידן פון עלטערן, זיי נישט ענטפערן און נישט פארשעמען? זאגט דער מחבר: "היה הבן לבוש חמודות" אפילו ווען דער קינד גייט אנגעטון שיינע קליידער, "ויושב בראש הקהל" און ער איז גאר דער ראש הקהל, "ובאו אביו ואמו וקרעו בגדיו" און זיין טאטע אדער מאמע קומט און צערייסט אים זיינע שיינע קליידער, "והיכוהו על ראשו" זיי שלאגן אים אין קאפ, "וירקו בפניו" זיי שפייען אויף אים, "לא יכלים אותם" טאר מען זיי נישט פארשעמען, "אלא ישתוק" מען דארף שווייגן, "ויירא מן מלך מלכי המלכים שציוהו בכך" און מורא האבן פונעם אייבערשטן וואס האט אונז געהייסן מורא האבן פון זיי; דער אייבערשטער הייסט אונז מורא האבן אפילו ווען די עלטערן פייניגן, אפילו ווען די עלטערן זענען נישט קיין געזונטע; קינדער טארן נישט רעדן קעגן עלטערן, זאל זיין וואס זאל זיין.


קיינער בארעכטיגט נישט די עלטערן וואס זענען אכזרים צו די קינדער, און אויב קינדער האבן עלטערן וואס פירן זיך אויף מיט אכזריות, וואס געווענליך מאכט זיך דאס ביי עלטערן וואס זענען נישט געזונט גייסטיש, ביי דעם זאגט אונז די הייליגע תורה פינקטליך וואס צו טון און ווי אזוי זיך צו פירן, דער מחבר זאגט (שם, סעיף י): "מי שנטרפה דעת אביו או אמו" אויב די עלטערן זענען נעבעך בארירט געווארן, "משתדל לנהוג עמהם" דארפן די קינדער פרובירן זיי מכבד זיין, "כפי דעתם" לויט זייער וועג, "עד שירוחם עליהם" ביז דער אייבערשטער וועט זיך מרחם זיין אויף זיי, "ואם אי אפשר לו לעמוד" און אויב איז נישט מעגליך צו זיין מיט זיי, "מפני שנשתגעו ביותר" ווייל זיי זענען זייער שטארק נישט ביים זינען, "ילך לו ויניחם" זאלן די קינדער אוועקגיין פון זיי, "ויצוה לאחרים לנהגם כראוי" און די קינדער זאלן בעטן אנדערע זאלן זיי באדינען.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך אויף מיט דרך ארץ צו די עלטערן, וועט ער עסן די פירות, די גוטע שכר - אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#120 - וואס טוט מען ווען די עלטערן לייגן זיך צופיל אן?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען א יונגע פארפאלק, מיר וואוינען נעבן אונזערע עלטערן, און לעצטנס האבן זיי אונז אנגעהויבן בעטן אז זיי ווילן קומען עסן ביי אונז נאכטמאל, און צומאל קענען זיי שיקן צו אונז א קינד צו שלאפן אן פרעגן פריער, און דאס שטערט אונז אביסל.


מיר פרייען זיך צו העלפן און זיי ארייננעמען פון צייט צו צייט, אבער נישט ווען עס פאסירט אזוי אפט. אויך שטערט עס אביסל אונזער שלום בית, ווייל מיין מאן לויפט ארום איינקויפן אסאך אויפאמאל, אז ס'זאל זיין גענוג פאר א לאנגע צייט אינדערהיים, אבער עס נוצט זיך אויס פיל שנעלער ווייל מיר דארפן כסדר ארייננעמען די עלטערן. און בכלל ווילן מיר בויען אונזער אייגענע שטוב, מיט אונזער פריוואטקייט.


מיר שפירן אז מיר ווערן אויסגענוצט דורך זיי, פשוט ווען זיי זענען פויל צוצוגרייטן נאכטמאל, קומען זיי אריין צו אונז עסן. זיי לאדענען זיך אליין איין צו אונז, אן דעם וואס מיר זאלן זיי רופן פריער.


וואס קענען מיר טון דערוועגן? אדער אפשר דארפן מיר קוקן דערויף מיט אן אנדערן בליק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מכבד זיין עלטערן, ארייננעמען אין שטוב די עלטערן, - איז פון די גרעסטע מצוות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי קידושין פרק א, הלכה ז): "רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, "גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם, שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מכבד זיין טאטע מאמע מער ווי דעם אייבערשטן אליינס; געוואלד, מענטשן ווייסן נישט וואס דא גייט פאר, מען איז מזלזל אין די מצוה פון כיבוד אב ואם.


מענטשן פרעגן: "ביז וויפיל איז די שיעור וואס מיר דארפן ליידן פון די עלטערן?" חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי פאה ג.) מען האט געפרעגט די שאלה פון דער הייליגער תנא רבי אליעזר: "עַד הֵיכָן הוּא כִּיבּוּד אָב וָאֵם", ביז וויפיל איז א מענטש מחויב צו מכבד זיין זיינע עלטערן? האט רבי אליעזר געענטפערט: "וְלִי אַתֶּם שׁוֹאֲלִין", וואס פרעגט איר מיר, "לְכוּ שָׁאֲלוּ לְדָּמָה בֶּן נְתִינָה", גייט פרעגן דמה בן נתינה, "רֹאשׁ פְּטַרְבּוֹלֵי הָיָה", ער איז געווען פון די גרעסטע גענעראלן אין די מיליטער, "פַּעַם אַחַת הָיְתָה אִמּוֹ מְסֲטַרְתּוֹ", איינמאל האט אים זיין מאמע געשלאגן מיט א שיך, "בִּפְנֵי כָּל בּוּלֵי שֶׁלּוֹ", פאר אלע סאלדאטן וואס זענען געווען אונטער אים, "וְנָפַל קוֹרְדְקוֹן שֶׁלָּהּ מִיָדָהּ", און די שיך איז אראפגעפאלן פון אירע הענט, "וְהוֹשִׁיט לָהּ שֶּׁלֹּא תִּצְטַעֵר", האט ער זיך אראפגעבויגן אויפצוהייבן די שיך און דאס געגעבן פאר זיין מאמע אז זי זאל זיך נישט דארפן אראפבייגן און זיך מצער זיין. מיט דעם האט זיי רבי אליעזר געענטפערט, "נישטא קיין שיעור, מען איז מחויב מכבד זיין טאטע מאמע אפילו עס איז שווער".


נאך אביסל ביסטו דער אלטער טאטע און דיין ווייב די אלטע פרוי; ווער וועט קוקן אויף ענק? ווער וועט טראכטן פון ענק? אייערע קינדער וועלן אויך פארמאכן די טיר און זאגן: "מיר ווילן לעבן פריוואט, מיר קענען נישט לעבן אזוי וכו' וכו'".


מאכט זיך נישט נאריש, עפנט אייער טיר פאר אייערע עלטערן; טוט עס מיט די גרעסטע שמחה. מאכט אייך א שיינע פריוואטע לעבן, איר, אייער מאן מיט זיינע עלטערן; עלטערן נעמען נישט אוועק פון די פריוואטקייט, עלטערן מאכן די לעבן מער זיס, מער קאוזי; זאגט אייער מאן זאל איינקויפן עסן פאר אייך און די קינדער, און פאר די עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#119 - וואס טוט מען ווען מיינע געשוויסטער שטערן מיר פון כיבוד אב ואם?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל באדאנקען דעם ראש ישיבה פאר די שיעורים וואס האט געטוישט מיין לעבן. איך האב ליידער זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון מיינע עלטערן די ערשטע פאר יאר נאך מיין חתונה, און ווען איך האב געהערט פון די ראש ישיבה אסאך שיעורים אז מען דארף מכבד זיין די עלטערן, האב איך אנגעהויבן אריבערצוגיין לכל הפחות איינמאל א וואך מיט די קינדער און איך רוף זיי כסדר, און אויך שיק איך זיי בילדער פון מיינע קינדער, פון וואס מיינע עלטערן האבן זיך זייער מחי' געווען.


עס האט זיך אבער אנגעהויבן א פראבלעם, ווען מיינע עלטערע געשוויסטער האבן געזען אז פלוצלינג האב איך אנגעהויבן צו קומען זייער אפט צו די עלטערן, האבן זיי אפגעמאכט אז די סיבה דערצו קען נאר זיין ווייל איך וויל צונעמען די ביזנעס פון מיין טאטע, ווען באמת דארף איך עס נישט האבן, איך האב ברוך ה' שיין הצלחה מיט מיין אייגענע ביזנעס. זיי האבן מיר אנגעהויבן צו מאכן ענג אויף יעדע טריט אין שריט, קודם האבן זיי געמאכט א נייע תקנה אז מען קען נישט אריבערגיין צו מיינע עלטערן נאר אויב מען פרעגט זיי פאראויס, ווייל זיי זענען שוין צו אלט און זיי קענען שוין נישט נעמען קיין געסט, נאכדעם האבן זיי אוועקגענומען פון מיין טאטע'ס טעלעפאן די מעגליכקייט צו באקומען בילדער אויף טעקסט, מיט'ן אויסרייד אז עס פאסט נישט די אייניקלעך זאלן זען אז דער זיידע האט בילדער-טעקסט, אינדערצייט וואס אלע קינדער האבן אבער יא, און ווייטער ביי יעדע שמחה מאכן זיי זיכער אז מיין טאטע זאל נישט זיצן אליין נאר איינער זאל דארט זיין, כאילו אים אפצוהיטן פון מיר.


איך בין זייער צעבראכן פון דעם, וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו זיי ווייטער מקיים מצות כיבוד אב ואם, קוק נישט אויף די אלע מניעות; ווען דו קענסט אריבערגיין - זאלסטו אריבערגיין, אויך זאלסטו אנרופן יעדן טאג; לאז זיך נישט שטערן פון אנדערע.


ווי גרעסער די מצוה איז - אלץ מער מניעות איז דא דאס צו מקיים זיין; כיבוד אב ואם איז חמורות שבחמורות, פון די הארבסטע מצוות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי קידושין פרק א, הלכה ז): "רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר, גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין דעם אייבערשטן אליינס.


דו גיי ווייטער צו זיי, דו טו די מצוה פאר'ן אייבערשטן, זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם - וועט דיר קיינער גארנישט קענען שלעכטס טון. געדענק דעם כלל: 'ווער עס האט אינזין דעם אייבערשטן - דעם קען מען גארנישט טון'; אנדערש איז ווען מען האט אינזין געלט, כבוד וכדומה - דעמאלט איז ביטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#118 - וואס טו איך ווען מיין טאטע געבט מיר נאר פסקים?
שלום בית, כיבוד אב ואם, וואקאציע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקן פאר אייערע טייערע שיעורים. דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא.


לעצטנס בין איך געפארן מיט מיין ווייב ערגעץ אויף וואקאציע, און ווען מיין טאטע האט געהערט דערפון איז ער אריינגעפאלן אין א שווערע כעס, ער האט געהאקט קעגן מיר פאר מיין אלע געשוויסטער, און מיר אנגערופן אויפ'ן טעלעפאן און געשריגן אויף מיר אז איך בין משנה פון די מסורת האבות, איך בין א חוטא ומחטיא, און איך בין א הולך בעצת אשתו שיורש גיהנום.


זייענדיג א וואוילער בטבע האב איך אים אנגערופן איבערבעטן, כ'האב אים געזאגט אז איך האב נישט געוואוסט פון די מסורה, און ער האט מיר געזאגט אז ער איז באמת נישט ברוגז אויף מיר, נאר דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר.


מיין ווייב האט מיר כסדר געזאגט איך זאל אים איגנארירן, מיר זענען ברוך ה' חתונה געהאט, און מיר דארפן נישט אפגעבן דין וחשבון. איך בין אבער געווארן זייער איבערגענומען פון די מעשה, איך וויל זיין גוט און ערליך, איך האב זיך נאכגעפרעגט פאר איך בין געפארן צי עס איז אן ערליכע פלאץ, און אזוי ווייטער. און איך וויל זייער מקיים זיין ווייטער כיבוד אב ואם אזוי ווי פאר דעם, אבער איך בין זייער צעמישט און אנגעווייטאגט.


איך העלף אסאך ארויס מיינע עלטערן מיט געלט, מיין טאטע ווייסט נישט פון דעם נאר מיין מאמע, אבער קיין ש'כח באקום איך נישט, נאר א פסק.


אויב איר קענט מיר אויסקלארן אביסל וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען זעט פון דיינע ווערטער אז דו ווייסט נישט וואס כיבוד אב ואם איז; דו מיינסט אז כיבוד אב ואם איז א געלעכטער.


ליידער לעבן מיר אין די צייטן פון עיקבתא דמשיחא, עס איז ממש אזוי ווי די הייליגע חכמים האבן פאראויס געזאגט, ווי אזוי עס וועט אויסקוקן פאר משיח וועט קומען (סוטה מט:): "בֵּן מְנַבֵּל אָב", קינדער וועלן חוזק מאכן פון די טאטע, "בַּת קָמָה בְאִמָּהּ", די טעכטער וועלן אויפשטיין קעגן די מאמע, "כַּלָּה בַּחֲמֹתָהּ", די שנור וועט אויפשטיין קעגן די שוויגער וכו'; מען איז מזלזל אין עלטערן, מען ווייסט נישט אז דאס איז גאר א הארבע מצוה, ביי די הייליגע חכמים ווערט די מצוה פון כיבוד אב ואם אנגערופן (ירושלמי פאה א, א): "חֲמוּרָה שֶׁבַּחֲמוּרוֹת", כיבוד אב ואם איז פון די הארבסטע מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז באפוילן; נאך זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (ירושלמי קידושין א, ז): "רֶבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר, גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין דעם אייבערשטן אליינס.


כל הכבוד אז דו העלפסט דיינע עלטערן מיט געלט וכו' וכו', אבער געדענק אז דאס איז גארנישט ווערד אויב מען איז זיך מתחצף צו זיי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה, שם): "יֵשׁ שֶׁהוּא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת", עס איז דא אמאל א קינד וואס האלט אויס זיין טאטע, ער ברענגט אים צו עסן געשטאפטע גענז, "וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", מיט דעם אלעם וועט ער גיין אין גיהנום, "וְיֵשׁ שֶּׁהוּא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים", ווידער איז דא אמאל א קינד וואס מאכט זיין טאטע טון שווערע ארבעט, "וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", און אין דעם זכות גייט ער אין גן עדן. אזוי ווי עס איז געווען א מעשה, "מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה מַאֲכִיל לְאָבִיו תַּרְנְגּוֹלִים פְּטוּמִים", עס איז געווען איינער וואס האט אויסגעהאלטן זיין טאטע, דער טאטע איז שוין געווען אלט, ער האט נישט געקענט ארבעטן און דער זון פלעגט אים ברענגען יעדן טאג געשטאפטע גענז, "פַּעַם אַחַת אָמַר לוֹ אָבִיו, בְּנִי, הַלָּלוּ מִנַּיִן לְךָ", איין טאג פרעגט אים זיין טאטע: פון וואו האסטו אזעלכע געשמאקע גענז? "אָמַר לוֹ, זָקֵן, זָקֵן, אֱכֹל וּשְׁתוֹק, שֶׁהַכְּלָבִים אוֹכְלִים וְשׁוֹתְקִים", האט ער זיך אנגערופן צום טאטן מיט געשפעט: אלטער טאטע, וואס רעדסטו אזויפיל? שווייג און עס, אפילו הינט ווען זיי עסן בילן זיי נישט, פרעג נישט קיין קשיות, עס און שוין! "נִמְצָא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", קומט אויס אז אין הכי נמי, ער געבט טאקע צו עסן דעם טאטן, אבער ער וועט ביים סוף גיין אין גיהנום, ווייל ער רעדט מיט חוצפה.


נאכדעם איז דא איינער וואס נעמט דעם טאטן צו ארבעטן שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער גיין אין גן עדן, ווי אזוי איז דאס שייך? אזוי ווי עס איז געווען א מעשה, "מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה טוֹחֵן בָּרֵחַיִים", עס איז געווען איינער וואס האט געארבעט שווער ביי א מיל, "שָׁלַח הַמֶּלֶךְ לְהָבִיא טוֹחַנִים לַעֲבוֹדָתוֹ", איין טאג האט דער איד'ס טאטע באקומען א באפעל פונעם קעניג ער זאל קומען ארבעטן ביי אים אין פאלאץ, "אָמַר לוֹ לְאָבִיו, אַבָּא, הִכָּנֵס וּטְחֹן תַּחְתַּי וַאֲנִי אֵלֵךְ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ", האט דער זון געזאגט: טאטע, נעם איבער מיין ארבעט ביים מיל און איך וועל גיין אנשטאט דיר ארבעטן ביים קעניג, "אִם יַגִּיעַ לִידֵי בִּזָּיוֹן, אֶתְבַּזֶה אֲנִי וְלֹא אַתָּה", כדי דו זאלסט נישט ווערן פארשעמט ביים קעניג, [אדער ווי רש"י זאגט (בבלי קידושין לא:): "וַאֲנִי אֵלֵךְ תַּחְתֶּיךָ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ שֶּׁאֵין לָהּ קִצְבָה"], "נִמְצָא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", קומט אויס אז דער האט געמאכט זיין טאטן ארבעטן שווער און ער באקומט שכר אויף דעם; זעט מען פון דעם אז עס איז נישט גענוג צו העלפן א טאטע בלויז מיט געלט, ווייל אויב מען רעדט מיט עזות וועט מען באקומען א גרויסער עונש.


אז דיינע עלטערן האלטן דיר פאָר וכו', זאלסטו זיי איבערבעטן און זיי זאגן אז דו גייסט אכטונג געבן זיי מער נישט מצער זיין, און אז דיין ווייב וויל מיט דיר גיין זיך אפרוען וכו', דארפסטו זיך נישט רייצן מיט דיין טאטע, אים ווייזן אז דו טוסט אנדערש ווי זיין ווילן.


גלייב מיר, מיט אביסל שכל קען מען לעבן א חיים טובים, צופרידנשטעלן די ווייב און אויך טאטע מאמע; פארוואס דארף מען מאכן מחלוקות? פארוואס מוז מען זאגן די עלטערן 'מיר טוען וואס מיר ווילן'? מען קען דאך טון וואס מען טוט אן דעם וואס מען זאל זיי מצער זיין!


כיבוד אב ואם איז נישט קיין ווערטל, דער אייבערשטער זאגט אונז אז מיר דארפן מכבד זיין טאטע מאמע; אזוי ווי מיר געפונען, די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין טאטע מאמע.


אז דו וועסט אכטונג געבן אויף דיינע עלטערן - וועסטו זוכה זיין צו אלע ברכות פון די תורה.

#117 - קענען מיינע פרייע עלטערן קומען וואוינען נעבן מיר?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן ענטפער ווי אזוי זיך צו פירן מיט מיינע עלטערן וואס זענען ליידער נאך פריי און היטן נישט קיין אידישקייט, ס'האט מיר זייער שטארק געהאלפן.


איך האב געוואלט פרעגן נאך עפעס אין דעם זעלבן ענין. איך האב שוין אסאך מאל געבעטן מיינע עלטערן זיי זאלן נישט געבן פאר מיינע קינדער צו קוקן אין זייער סמארטפאון, אבער זיי געבן נאך ווייטער. ספעציעל מיין מאמע וואס זי האלט אז ס'איז זייער וויכטיג פאר קינדער אויפצואוואקסן מיט א קאמפיוטער און א סמארטפאון, ווייל דאס וועט זיי מאכן מער קלוג און אפן צו די וועלט. וואס קען איך טון וועגן דעם?


צווייטנס, איך וויל אז מיינע עלטערן זאלן קומען וואוינען נעבן מיר, אז איך זאל זיי קענען ארויסהעלפן און מכבד זיין, איך ווייס אבער אז אויב קומען זיי דא וואוינען וועל איך נישט קענען לאזן מיינע קינדער גיין צו זיין אליין, אבער איך וועל אויך נישט קענען אלץ מיטגיין מיט זיי. איך ווייס אז אויב איינער זוכט דוקא אינטערנעט וועט ער עס קענען טרעפן, אבער אויב איז עס אזוי גרינג ווי ביי מיינע עלטערן אין שטוב, וועט עס טרעפן אפילו איינער וואס זוכט עס נישט דוקא, דעריבער פארשטיי איך אז אויב וועלן מיינע עלטערן וואוינען נעבן מיר קען עס זיין א סכנה פאר מיינע קינדער. איז מיין שאלה אויב איך זאל זיי פארשלאגן צו קומען וואוינען נעבן אונז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט אודאי נעמען אייערע עלטערן וואוינען ביי אייך, עס וועט נישט שטערן די חינוך פון אייערע קינדער. איר זאלט ווייטער געבן אייערע קינדער אן ערליכע חינוך און אין די זעלבע צייט זיי פארשטיין געבן אז זיידי און באבי זענען נישט שלעכט, זיי זענען אומוויסנד, מען האט אויסגעריסן פון זיי די תורה און מצוות.


רעדט צו די קינדער איבער דאס שיינקייט און גרויסקייט פון היטן די תורה און מצוות - וועלן זיי אויסוואקסן גרויסע צדיקים, און איר וועט זען אז אייערע עלטערן וועלן אויך תשובה טון, זיי וועלן אנהייבן צוביסליך גיין אין די וועג פון די תורה.


די שכל איז עפעס נישט פשוט, דאס איז א טיפע קלוגע שכל וואס מוהרא"ש האט מחדש געווען. ווי איר ווייסט דאך, מוהרא"ש האט אלע יארן עוסק געווען און די הייליגע מצוה פון צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, ער האט גענומען מענטשן פון די טיפסטע אפגרונד און זיי געברענגט צו זיין ערליכע אידן און אויפשטעלן שיינע שטובער. מוהרא"ש האט אלע יארן געלערנט אנשי שלומינו ווי אזוי צו האנדלען מיט זייערע עלטערן, ממש א חידוש שבחידושים וואס מען געפונט נישט אין אנדערע פלעצער; פון איין זייט האט מוהרא"ש אונז גענומען און אונז געברענגט צו די גרעסטע מדריגות, צו דביקות בשם, צו דרגות וואס פריערדיגע צדיקים זענען אנגעקומען נאך יארן הארעוואניע, און אין די זעלבע צייט איז מוהרא"ש געווען אזוי שטארק דא אויף דער ערד, אזוי פארשטאנען דעם מענטש, אזוי סאך גערעדט מען זאל זיך נישט אפטיילן פון משפחה, מען זאל בלייבן מקושר מיט די משפחה, מען זאל ווייטער גיין צו שמחות און מען זאל איינליידענען די משפחה ווען מען מאכט א שמחה.


אויך האט מוהרא"ש אונז געלערנט מיר זאלן גיין באזוכן אונזערע עלטערן אפילו ווען די עלטערן פירן זיך נישט אזוי ווי מען דארף, השם ישמרינו; פארקערט ווי מען לערנט אין אנדערע מקומות אז מען זאל זיך אפטיילן און נישט האבן שייכות, וואס די וועג האט נישט קיין קיום; אדער פאלט מען צוריק רחמנא לצלן, אדער מאכט דאס א שטארקע פיינטשאפט פון די משפחה אויף פרומע אידן.


מוהרא"ש'ס וועג האט אויפגעוויזן אז הונדערטער און טויזנטער משפחות האבן זיך צוריק געקערט צום אייבערשטן דורך די וועג פון שלום און שלוה; ווייל ווען מען זעט א מענטש פירט זיך אזוי ווי עס דארף צו זיין, עלטערן זעען ווי זייער קינד רעדט שיין מיט דרך ארץ צו זיי, אפילו ער האט אן אנדערע וועג, ער גייט בדרך התורה, ווען זיי גייען נאכנישט אין די וועג, דאך רעדט ער שיין, ער קומט באזוכן און ער רעדט מיט דרך ארץ; דאס מאכט אז זיי זאלן קוקן אויף די תורה און אויפ'ן באשעפער גוט, און זיי וועלן אויך גיין אין די וועג, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש לערנט תורה און פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארומט זיך מיט אזא איינעם.


עס איז נישט קיין סתירה אייערע עלטערן מיט אייערע קינדער; געבט זיך אפ מיט אייערע עלטערן מיט די גרעסטע כבוד, דרייט אויס די שטוב אלעס ארום זיי, די גאנצע שטוב זאל זיך דרייען ארום זיי; די קינדער זאלן שמועסן מיט זיי, די קינדער זאלן גיין שפאצירן מיט זיי, נעמט זיי ביי די שבת'דיגע סעודות זיי זאלן מיט עסן, געבט זיי צו פארזוכן פון די געשמאקע טעם פון א שבת סעודה, זיי זאלן זען ווי שיין אייער משפחה זינגט זמירות, עס וועט נישט נעמען לאנג ביז זיי וועלן תשובה טון, זיי וועלן צוריקקומען צום אייבערשטן און איר וועט האבן נחת פון אייערע קינדער און אייניקלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#116 - ווי אזוי שטארק איך זיך אין כיבוד אב, ווען דער שבת טיש איז נישט געשמאק?
כיבוד אב ואם, שבת טיש, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך באדאנקען פאר די ליכטיגע שיעורים וואס זענען ממש א יחיד בדורינו מיט אזא קלארקייט פאר אונזער דור, לדעת את המעשה אשר יעשון. דער ראש ישיבה ציעט ארויס ממש מיט א צווענגל פון יעדן זיין גוטן חלק צו ווערן אן אמת'ער ערליכער איד, אזוי ווי די רבי האט געזאגט "ווי איך מיין א ערליכע איד". יעדע שיעור וואס ווערט געגעבן הערט זיך ארויס דערפון די אמת'קייט און תמימות און שטארקע מסירות נפש וואס דער ראש ישיבה האט אריינגעלייגט און לייגט אריין אין די שיעורים, עס האט ממש געעפנט מיין הארץ צום אייבערשטן מיט א שטארקע ווילן צו זיין גוט, און אויך אויף למעשה.


איך בין דער תכשיט אין מיין משפחה, יעדער קוקט מיר ארויף און מ'זאגט אז מ'זאל זיין אזוי ווי מיר, אבער למעשה גיי איך דאס יאר צום ערשטן מאל ענדיגן שנים מקרא ואחד תרגום מיט רוב רש"י, איך האב אנהויבן לערנען אסאך משניות, איך הייב אן צו וויסן "באמת" ווי אזוי די תורה זעט אויס, איך פרעג מיינע "חשובע" חברים זאכן פון חומש און זיי הייבן נישט אן צו וויסן, אזוי ווי איך האב נישט געוואוסט ביז דאס יאר.


מיין חבר איז געגאנגען נעמען חתן שיערים ביי איינער פון די גרויסע באקאנטע מדריכים, און יענער האט אים געזאגט איינמאל שטילערהייט בסוד סודות, "ווילסט וויסן ווער ס'האט די בעסטע שלום בית? ר' יואל רוטה'ס תלמידים! כ'זאג נישט אז איך האלט פון אים, אבער דער פאקט איז אז זיינע תלמידים האבן גאר גוטע שלום בית", ווען מיין חבר האט מיר דאס דערציילט האב איך געקלערט אז איך וועל אויספרובירן צו הערן די שיעורים, און ברוך ה' אז דאס האט מיר געשטעלט אויף די פיס און מיר געמאכט פאר מענטש און א איד, און איך האב עס געגעבן צו פארזוכן פאר נאך אינגעלייט.


איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה קען מיר שרייבן אביסל חיזוק בענין כיבוד אב ואם, אפילו ווען ס'איז מיר גייסטיש גאר שווער, מיין טאטע שפירט פאר וויכטיג ביי יעדע סעודה שבת ויום טוב מוחה צו זיין אויף פירצות און ארויסברענגן זיינע שיטות, ובפרט ווען זיינע קאפלס קומען, עס נעמט אוועק יעדע זיסער טעם פון אידישקייט, און ס'איז זייער נישט געשמאק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די מצוה פון כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה, די הייליגע חכמים באטיטלען די מצוה (ירושלמי פאה א, א): "חמורה שבחמורות", הארבער פון דאס הארבסטע; די מצוה פון כיבוד אב ואם איז נישט נאר ווען עס איז באקוועם דעם מענטש, כיבוד אב ואם דארף מען טון אין אלע אומשטענדן, אויך ווען די עלטערן שרייען, זיי בייזערן זיך און זיי פארשעמען, אין אלע צייטן דארף מען זיי מכבד זיין.


וואס גייט דיר אן אז דיין טאטע איז מוחה וכו'? פארוואס זאלסטו קוקן אויף אים מיט זלזול? פארוואס זיך שעמען מיט א טאטע ווען ער האט זיין שיטה, זיין וועג - ווי אזוי ער פירט זיך? איך וויל דיר פרעגן, ווען דו זעסט א פרעמדער מענטש מוחה זיין, וואלט דיר עס אנגעגאנגען? ווען דו זעסט אין בית המדרש א פרעמדער מענטש שרייט און איז מוחה - וואלסטו זיך געשעמט? עס וואלט דיר געבאדערט? זיכער נישט, פארוואס זאל אנגיין וואס א צווייטער טוט? וואס זאל שטערן ווען איינער איז מוחה? פרעג איך דיר, ווייל עס איז דיין טאטע דארפסטו זיך אויפעסן? ווייל עס איז דיין טאטע דארפסטו זיך שעמען? ווער האט דיר געבעטן טראגן אחריות אויף אים? ווער האט דיר געבעטן דו זאלסט אים איינטיילן דעות? ווען דיין טאטע איז מוחה זאלסטו אים אויסהערן באימה וביראה, ווען ער זאגט זיינע שיטות זאלסטו חס ושלום זיך נישט אונטער לאכן. אז דו וועסט נישט נעמען קיין אחריות, דו וועסט נישט שפירן ווי דו דארפסט געפעלן פאר אנדערע - וועט דיר עס נישט אנגיין.


רוב קינדער שעמען זיך מיט זייערע עלטערן ווייל זיי מיינען אז זיי זענען אחראי ווי אזוי די עלטערן טראכטן, רעדן, טוען, און אזוי ווייטער. אנשטאט נעמען אחריות אויף זיך אליינס, אכטונג געבן זיך צו פירן ווי אזוי מען דארף זיך פירן - זוכט מען חסרונות ביי די עלטערן. אנשטאט פאררעכטן די אייגענע חסרונות און אכטונג געבן אויף טאטע מאמע, נישט אריינרעדן אין זייער הנהגה, נישט חוזק מאכן ווי אזוי זיי פירן די שטוב - איז מען פארנומען פאררעכטן די עלטערן.


אז דו ווילסט שפירן א זיסקייט אין אידישקייט, א טעם אין אידישקייט - זאלסטו גיין התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל דיר שפירן, איך וויל דיר ליב האבן, איך וויל טון די מצוה מיט א ליבשאפט און א שמחה", בעט אויך דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל ליב האבן מיין טאטע מאמע, איך זאל זיי מכבד זיין און שעצן".


התבודדות און תפילה ברענגט זיסקייט און א טעם אין אידישקייט; אז דו וועסט זיך מתבודד זיין וועסטו ווערן א גרויסער ערליכער איד, עס וועט דיר שוין מער נישט שטערן ווי אזוי מענטשן פירן זייער שטוב, דו וועסט זען דאס שיינקייט ביי אלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#115 - וואס הייסט א בזיון?
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, תשובה, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך מאל איבער די גרויסקייט פון כאפן א בזיון, וויל איך וויסן וואס הייסט אלץ א בזיון? ווען מ'ברענגט אויף זיך אליין א בזיון איז עס אויך א בזיון? ווען די בזיון קומט זיך מיר, איז עס אויך א בזיון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, מען ענטפערט נישט צוריק - דאס איז תשובה; דאס האט נישט צו טון אויב א צווייטער פארשעמט אדער מען ווערט אליינס פארשעמט, אז מען גייט ווייטער אן מיט עבודת השם - דאס איז תשובה.


עס הייבט זיך אן אין שטוב; טאטע מאמע זאגן א שלעכט ווארט, מען כאפט א בזיון פון זיי, אדער ווען די ווייב זאגט עפעס א שלעכט ווארט, - זאל מען נישט ענטפערן, נאר ווייטער זיין צו זיי געטריי. אויב מען ענטפערט נישט צוריק - איז מען זוכה צו תשובה שלימה, אלע שלעכטע בלוט וואס איז נאכנישט ריין ווערט דעמאלט אביסל מער ריינער. אפילו די שלעכטע ווארט איז זיך געקומען, מען איז זיך אליינס שולדיג; צום ביישפיל, דו קומסט אהיים שפעט און דיין ווייב געבט דיר א בזיון, עס קומט דיר, דו ביסט אליינס שולדיג אז דו ביסט געקומען שפעט; אז מען בלייבט שטיל איז מען זוכה צו תשובה.


עס איז דא אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו ווי מען האט זיי פארשעמט און זיי האבן קיינמאל נישט געענטפערט, אפילו די מתנגדים ווייסן אז די ברסלב'ע ענטפערן נישט. אמאל איז געווען אין אומאן אז די מתנגדים האבן פארשעמט א איד, מען האט געשריגן אויף אים ברבים און יענער האט יא געענטפערט, ער האט זיך נישט געלאזט, האבן די מתנגדים געזאגט, עס מוז זיין אז ער איז נישט קיין ברסלב'ער, ווייל די ברסלב'ער ענטפערן נישט, די ברסלב'ער זענען מקיים יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#114 - ווי אזוי קען איך אריינברענגען א רואיגקייט ביי מיינע עלטערן אין שטוב?
שלום בית, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ובפרט בענייני שלום בית.


ליידער זע איך ביי מיינע עלטערן אסאך קריגערייען, און איך וויל זיי אזוי שטארק העלפן. ס'איז אוממעגליך פאר מיר זיי צו געבן צו הערן די שיעורים, און דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז קינדער טארן זיך נישט בשום אופן זיך אריינמישן אין די עלטערנ'ס געשעפטן, אבער מיין הארץ גייט ממש אויס פאר זיי, ווי אזוי קען איך יא זוכה זיין אריינצוברענגען א רואיגקייט און ליכטיגקייט ביי מיינע עלטערן אין שטוב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ערשטע זאך זאלסטו זייער אכטונג געבן אז פון דיין זייט זאל נישט זיין קיין שום מחלוקת און קריגערייען. אויך זאלסטו זיי רופן דערציילן פון דיין לעבן, פון דיינע קינדער; דאס וועט זיי פרייליך מאכן, און אז זיי וועלן זיין פרייליך וועט שוין זיין צווישן זיי שלום. ווייל אלע מחלוקות הייבן זיך אן פון עצבות און מרה שחורה, אז מאן און ווייב זענען דערביטערט הייבן זיי אן טרעפן חסרונות איינער ביים צווייטן, מען הייבט אן חוזק מאכן איינער פון צווייטן, ביז די שטוב ווערט א גיהנום.


הדבר הראשון זאלסטו רעדן מיט זיי יעדן טאג; אויב דו וואוינסט אינעם זעלבן שטאט - זאלסטו אוודאי אריבערגיין און זיי דערציילן פון דיין לעבן, דערצייל זיי נאר גוטס, דערצייל זיי נאר נחת מעשיות; קרעכץ נישט פאר זיי. גרייט זיך אן א שיינע ווערטל פאר זיי, ברענג ארויף א שמייכל אויף זיי; איינמאל זיי וועלן זיין פרייליך וועלן זיי זיך שוין נישט קריגן.


צווייטנס, בעט דעם אייבערשטן פאר זיי; תפילה איז זייער שטארק, מיט תפילה קען מען אלעס טוישן. בעט פאר זיי זיי זאלן לעבן אינאיינעם מיט שלום, זיי זאלן זען נחת ביי די קינדער און אייניקלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#113 - ווי אזוי קען איך טוישן מיינע שלעכטע מדות?
כיבוד אב ואם, תפילות אויף אידיש, ספרי ברסלב, רבינו ז"ל, מדות טובות, בר מצוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א צוועלף יעריג אינגל, איך הער די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א און דאס העלפט מיר אסאך אין לעבן.


איך דארף חיזוק אין כיבוד אב ואם, איך טרעף זיך אסאך מאל זיך טענה'ן און קריגן מיט מיינע עלטערן, און זיך פירן צו זיי מיט חוצפה. אויך איז מיר שווער זיך אויסצוקומען מיט מיינע געשוויסטער, איך קריג זיך מיט זיי יעדן טאג, און איך האב הנאה זיי צו טשעפען, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב ליב זיי צו מאכן וויינען.


אויך האב איך א פראבלעם אז ס'איז מיר זייער שווער צו נעמען אחריות אויף א טעות וואס איך האב געמאכט, איך וועל ענדערש ווארפן די שולד אויף יעדן איינעם אויסער אויף מיר.


אויך איז מיר זייער שווער זיך צו לאזן העלפן, אפשר וואלט איך געדארפט האבן מעדעצין מיר צו בארואיגן איך זאל זיך פירן ווי ס'דארף צו זיין, איך זאל זיין מער רואיגער און נישט אזוי ווילד, אבער איך וויל נישט נעמען קיין הילף.


איך וויל זיין וואויל און גוט, איך וויל זיין א צדיק, אבער איך פארליר זיך שנעל און איך ווייס נישט ווי אזוי ארויסצוגיין פון מיינע שלעכטע געוואוינהייטן. מיינע עלטערן האבן פרובירט צו העלפן אויף אלע וועגן, אבער מיר האבן נישט געטראפן קיין וועג, דעריבער האב איך געבעטן מיינע עלטערן אויב מיר קענען שיקן א בריוו צום ראש ישיבה שליט"א, אפשר האט דער ראש ישיבה אן עצה פאר מיר, חיזוק און הדרכה, אדער אפשר א תפלה צו זאגן, ווייל איך ווער שוין באלד בר מצוה, און ס'איז נישט קיין תכלית אזוי אנצוגיין. איך וויל אנהויבן א נייע לעבן אויפ'ן ריכטיגן וועג.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז גוט דו זאלסט זיך קובע זיין א שיעור צו לערנען דעם ספר "שבחי הר"ן", דעם רבינ'ס לעבן אין די יונגע יארן; דאס וועט זיין פאר דיר שטארקע חיזוק, דו וועסט זען צו וואס מען קען צוקומען דורך רעדן צום אייבערשטן; מען קען אויסארבעטן אלע שלעכטע מידות דורך התבודדות ותפילה.


דער רבי האט דערציילט אז ער האט געהאט די אלע פראבלעמען וואס דו שרייבסט און נאך אסאך מער פראבלעמען. עס איז שווער אראפצושרייבן די אלע שווערע נסיונות וואס דער הייליגער רבי איז אלץ אריבער; קוק אריין אין שבחי הר"ן (אות יד), ווי דער רבי האט דערציילט אז יעדע זאך וואס ער האט געוואלט טון איז אים אנגעקומען זייער שווער, צום ביישפיל ער האט נישט געקענט איינזיצן אויף איין פלאץ לערנען און דאווענען, דאס איז אים געווען פון די שווערסטע זאכן; מיט דעם האט דער רבי זיך געצווינגען צו זיצן אויף איין פלאץ לערנען און דאווענען, ביז ער האט צעבראכן די שלעכטע מידה.


אזוי אויך האט דער רבי דערציילט (שם, אות כב): "שֶׁמִּתְּחִלָּה הָיָה כַּעֲסָן גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד", אין אנהייב איז ער געווען זייער א גרויסער כעסן, ביז ער האט זוכה געווען זיך אויסצוארבעטן עד כדי כך צו ווערן פונקט דאס פארקערטע פון א כעסן, אפילו מען וועט אים טון אלע שלעכטס אין דער וועלט וועט ער נישט האבן קיין שום פיינטשאפט אדער קפידה, "אַדְּרַבָּא, הָיָה אוֹהֲבוֹ וְלֹא הָיָה בְּלִבּוֹ עָלָיו כְּלָל", פארקערט, ער וואלט אים ליב געהאט, ער וואלט נישט געהאט אין הארץ אויף יענעם קיין שום שלעכטס, "כִּי הָיָה רַק כֻּלּוֹ טוֹב מַמָּשׁ", ווייל דער רבי איז געווארן א שטיק גוטס.


אזוי אויך האט דער רבי אויסגעארבעט תאות אכילה און אלע אנדערע תאוות. דער רבי האט דערציילט (שם, אות טז) ווען ער האט געהאט זיינע שווערע ניסיונות איז ער געווען אין א גרויסע סכנה, וואס האט ער געטון? "וְהָיָה צוֹעֵק לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מְאֹד", ער האט געשריגן צום אייבערשטן, "עַד שֶׁזָּכָה לְהִתְגַּבֵּר עַל יִצְרוֹ וּלְהִנָּצֵל", ביז ער האט זיך געקענט שטארקן אויף זיין יצר הרע און ווערן געראטעוועט, ביז ער האט זיך אינגאנצן אויסגעארבעט.


יעצט אז דו גייסט שוין בר מצוה האבן, זאלסטו לערנען אסאך 'שבחי הר"ן' און אויך 'ספר פעלת הצדיק' פון אות כח ביז קכא; די אותיות זענען אין קורצן צאמגענומען דעם רבינ'ס יארן, פון די זעקס יאר - ביז ווען דער רבי איז געווארן וואס ער איז געווארן; אלעס דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן.


גיי אביסל שפאצירן יעדן טאג; זוך א ליידיגע פלאץ, דארט זאלסטו זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן. דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר צו מכבד זיין דיינע עלטערן און ווי שווער עס איז דיר מודה צו זיין ווען דו האסט עפעס נישט גוט געטון; וויין צום אייבערשטן, זאג אים: "הייליגער באשעפער איך וויל אזוי שטארק זיין גוט, איך וויל אזוי שטארק זיין וואויל; וואס זאל איך טון? דער יצר הרע לאזט מיר נישט, עס איז מיר ביטער שווער".


אזוי זאלסטו טון טאג איין, טאג אויס - וועסטו זען אז דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק, דו וועסט ווערן געזונט און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#112 - ווי אזוי קען איך אריינקומען אין אייער ישיבה?
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס וויל זייער שטארק אריינקומען אין אייער ישיבה, אבער מיין טאטע לאזט מיר נישט, וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב אין די ישיבה וואו דו לערנסט; קריג זיך נישט מיט דיינע עלטערן, אז זיי ווילן נישט זאלסט קומען אין די ברסלב'ער ישיבה - זאלסטו נישט קומען.


וויסן זאלסטו אז מען קען זיך דרייען אין ישיבה און נישט זיין אין ישיבה און מען קען לערנען ערגעץ אנדערש און זיין אין די זעלבע צייט אין ישיבה; אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען לערנט שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מען לעבט מיט די הייליגע עבודה פון התבודדות - דעמאלט איז מען ביים רבי'ן.


וואס מיינסטו, יעדער וואס דריידט זיך אין ברסלב דער איז א ברסלב'ער? וואס טראכסטו, יעדער איינער וואס קומט אריין אין א ברסלב'ער שטיבל אדער ישיבה - איז שוין פון רבינ'ס מענטשן? מען קען זיך דרייען אין ברסלב און נישט האבן קיין שום שייכות מיט'ן רבי'ן; נאר דער וואס לערנט די ספרים פון רבי'ן - דער האט שייכות מיט'ן רבי'ן.


מוהרא"ש האט דאס גע'חזר'ט מיט אונז זיין גאנץ לעבן, מען מוז לערנען דעם רבינ'ס ספרים. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; דער וואס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן - דער איז נאנט צום רבי'ן, דער איז א ברסלב'ער חסיד, אבער אז מען לערנט נישט די ספרים - האט מען נישט קיין שייכות מיט'ן רבי'ן, אפילו מען דריידט זיך, מען טוט און מען מאכט, עס זעט אויס ווי מען איז נאנט; אן די ספרים איז אלעס נארישקייטן.


מאך זיך א סדר היום, אין די צייטן וואס מען דארף זיין אין ישיבה זאלסטו מיטהאלטן די שיעורים און אין די זייטיגע צייטן זאלסטו אויסנוצן די צייט צו לערנען שיעורים כסדרן. די אלע צייטן וואס בחורים דרייען זיך און פרייען זיך, טוען גארנישט - זאלסטו זיצן אין א ווינקל אין ישיבה מיט א הויפן ספרים, א חומש מיט א משניות, גמרא, שלחן ערוך, מדרשים און אזוי ווייטער; לערן שנעל בגירסא, אפילו דו פארשטייסט נישט זאלסטו זאגן די ווערטער. די שיעורים פון ישיבה דאס זאלסטו מיטהאלטן, לערנען און פארשטיין; אזוי וועסטו זוכה זיין ביז א קורצע צייט צו לערנען כל התורה כולה.


זוך א ליידיגע פלאץ אין ישיבה און ווען קיינער זעט נישט זאלסטו זיך מתבודד זיין, זאלסט שמועסן מיט'ן אייבערשטן; וויין צו אים, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר דו זאלסט נישט טון קיין עבירות, דו זאלסט זיין אפגעהיטן.


בלייב אין דיין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#111 - איך בין א בעל תשובה, ווי אזוי קען איך שנעל טרעפן מיין שידוך?
שידוכים, כיבוד אב ואם, משפחה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין ארץ ישראל, און איך האב אייך געוואלט מחזק זיין איר זאלט ווייטער אנגיין מיט אייער הייליגע ארבעט, איר האט נישט קיין אנונג ווי שטארק מ'האט אייך דא ליב, און וויפיל חיזוק מיר באקומען פון אייך.


איך בין 26 יאר אלט, איך קום פון א פרייע משפחה, און איך האב ברוך ה' זוכה געווען תשובה צו טון, אבער דערווייל וואוין איך נאך ביי מיינע עלטערן ווייל איך האב נישט דאס געלט צו קענען נעמען אן אייגענע דירה, און ס'איז מיר זייער שווער צו היטן תורה און מצוות ביי מיין משפחה, ווייל זיי האבן עס זייער נישט ליב און שטערן מיר, און דאס מאכט מיר פיל צער און עגמת נפש.


איך בין דורך פילע שוועריקייטן אין לעבן, און איך וויל אזוי שטארק חתונה האבן מיט אן ערליכע אידישע פרוי און אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב, און ארויסגיין פון די פרייע שטוב וואו איך וואוין יעצט, איך האב אבער נאכנישט זוכה געווען צו טרעפן א שידוך.


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, איך בין געווען אין אומאן און דארט אויך מתפלל געווען אויף דעם, איך האב געגעבן געלט צו דרוקן אשר בנחל, איך האב שוין צוויי מאל אויסגעזאגט גאנץ תהלים שטייעדיג ביים ציון פון מוהרא"ש אין יבנאל, איך האב געזאגט קרבנות הנשיאים, אבער דערווייל בין איך נאכנישט געהאלפן געווארן. איך בין בכלל נישט יונג, און ס'איז מיר זייער ביטער דאס לעבן.


איך האב געזען אין ספר המדות וואס דער רבי שרייבט, "על כל דבר תבקש את הצדיק שיתפלל בעבורך", דערפאר טו איך דאס מייניגע, איך בעט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מתפלל זיין פאר מיר איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין שידוך, און מיין לעבן זאל שוין ווערן אויפגעראכטן, ווייל איך האלט עס מער נישט אויס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט תשובה געטון, דו האסט אפגעלאזט אלע שלעכטע זאכן דו און פירסט זיך ערליך מיט די וועג פון די תורה.


דיין זכות איז זייער גרויס, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לד:): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים שָׁם, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד", א בעל תשובה איז מער חשוב ביים אייבערשטן ווי גרויסע צדיקים; דו ביסט אנגעקומען ביים כסא הכבוד אליינס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵא הַכָּבוֹד", תשובה איז אזוי גרויס, ווען א מענטש טוט תשובה, ער לאזט אפ זיינע אלטע מעשים, ער הייבט אן גיין אין די וועגן פון די תורה - קומט ער אן צום אייבערשטן.


איך וועל דאווענען פאר דיר דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין שידוך און זוכה זיין אויפצושעלן ערליכע דורות.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט ווייטער מכבד זיין דיינע עלטערן; א בעל תשובה דארף זייער אסאך חיזוק אויף כיבוד אב ואם, ווייל עס איז זייער שווער צו זיין ערליך ווען אלע מאכן חוזק און אלע לאכן, מען איז איינער אליינס; און פון די אנדערע זייט האט מען נסיונות, דער יצר הרע קומט צוריק און וויל צוריק אריין שלעפן דעם מענטש אין זיין פארגאנגענהייט. זאלסט נישט רעדן מיט חוצפה צו זיי; דו זיי מכבד טאטע מאמע מיט די גרעסטע מאס כבוד, וועסטו זוכה זיין צוריק צו ברענגען די גאנצע משפחה, אלע וועלן ביים סוף תשובה טון, דורכדעם וואס זיי וועלן זען ווי שיין דו פירסט זיך, דיין שטארקייט, דיין זיכערקייט און דיין כבוד פאר טאטע מאמע.


איך האף דו וועסט מיר דערציילן שנעל די גוטע נייעס אז דו ביסט א חתן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#110 - מיין שווער נעמט אסאך לחץ פון מיר, זאל איך ווייטער גיין צו אים?
שלום בית, כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרישער יונגערמאן, איך האב חתונה געהאט אביסל מער ווי א האלב יאר צוריק, איך בין דער ערשטער איידעם ביי מיין שווער, מיין שווער איז מיר זייער מכבד, אבער אסאך מאל זע איך אז ער האט זייער אסאך לחץ און פרעשור פון מיר, ווען איך קום צו אים וויל ער ווייזן אז אלעס איז מסודר הונדערט פראצענט אין שטוב, און אז די קינדער פאלגן, ער שוויצט ממש פון פרעשור אז אלעס זאל מיר געפעלן.


פון מיין זייט קום איך אויך פון א געבענטשטע שטוב מיט קינדער ברוך ה', און איך פארשטיי אז ווען די שטוב איז נישט אויפגערוימט איז גארנישט געשען, און ווען איך וויל עפעס ארויס העלפן ווערט ער ממש היסטעריש, אבער איך וויל אים נישט מצער זיין און איך ווייס נישט וואס איז בעסער זאל איך מיך אפהאלטן פון גיין צו אים אדער זאל איך יא גיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, ט"ז כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


על פי הלכה דארף מען מכבד זיין די שווער און שוויגער אזוי ווי מען איז מכבד טאטע מאמע; אזוי פסק'נט דער מחבר (יורה דעה סימן רמ, סעיף כד): "חַיָיב אָדָם לְכַבֵּד חָמִיו", מען איז מחויב צו מכבד זיין דעם שווער.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט מיר זאלן רופן די שווער טאטע און די שוויגער - מאמע; אזוי ווי דוד המלך האט גערופן זיין שווער, שאול המלך - 'טאטע', אזוי ווי עס שטייט (שמואל א כד, יא): "וְאָבִי רְאֵה גַּם רְאֵה", ער האט אים גערופן טאטע.


דו זאלסט ווייטער גיין צו זיי; זארג נישט, עס וועט אריבער גיין א שטיק צייט און דו וועסט ווערן א חלק פון די משפחה, מען וועט זיין נאטירליך מיט דיר, מען וועט נישט האבן קיין שום דרוק ווען דו קומסט.


דו פון דיין זייט זיי ווייטער מכבד דיין ווייב'ס עלטערן; דאס וועט מאכן שטארק דעם קשר צווישן ענק, זי וועט זען ווי שטארק דו שעצט זיי וועט זי ווערן איינס מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#109 - זאל איך וואוינען ביי מיין מאמע וואס איז פריי און נישט נארמאל?
כיבוד אב ואם, לימוד התורה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס נעמט אסאך חיזוק פון די דרשות, איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, און אפאר מאל ששה סדרי משנה, און אויך ליקוטי מוהר"ן.


איך בין א יתום פון מיין טאטע, און מיין מאמע איז נעבעך פריי און אויך נישט אינגאנצן נארמאל, און דעריבער קען איך נישט וואוינען ביי איר. מיינע געשוויסטער שרייען אבער אויף מיר אז איך מוז יא וואוינען ביי איר צוליב כיבוד אב ואם, וויל איך וויסן וואס איך האב צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה, דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס; ווי גוט איז דיין חלק אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א טובה דו טוסט פאר דיין טאטנ'ס נשמה אויבן אין הימל; מיט דיין לערנען משניות און בלעטער גמרא טראגסטו אים ארויף העכער און העכער, אלע נשמות זענען אים מקנא אז ער האט א זון וואס לערנט פלייסיג די הייליגע תורה.


בנוגע דיין מאמע תחי'; געב אכטונג אויף איר מיט אלע דיינע כוחות, זיי איר מכבד אפילו עס איז דיר שווער. אויב איז מעגליך דו זאלסט וואוינען ביי איר אין שטוב און ווייטער גיין מיט די וועג פון די תורה - זאלסטו בלייבן ביי איר אין שטוב, זאלסט איר העלפן און איר מחזק זיין. אויב שטערט עס דיר פון היטן די תורה, דעמאלט איז עפעס אנדערש; אבער ווי לאנג זי שטערט דיר נישט פון היטן די תורה, דאס הייסט דו קענסט עסן כשר'ס, היטן שבת און זיין אפגעהיטן בקדושה ובטהרה וכו' - זאלסטו איר ווייטער מכבד זיין, ווייל כיבוד אם איז זייער א גרויסע מצוה.


די הייליגע חכמים זאגן (קידושין לא:) אויפ'ן הייליגער אמורא רב יוסף: "כִּי הֲוָה שָׁמַע קָל כַּרְעָא דְּאִימֵּיהּ", ווען ער האט געהערט די קול פון זיין מאמעס פיס טריט, פלעגט ער זאגן: "אֵיקוּם מִקַּמֵּי שְׁכִינָה דְּאָתְיָא", איך גיי זיך אויפשטעלן פאר די כבוד פון די שכינה; רב יוסף איז געווען בלינד, ער האט נישט געקענט זען ווען זיין מאמע קומט אריין ער זאל זיך אויפשטעלן פאר איר, נאר ווען ער האט געהערט די קול פון אירע פיס טריט האט ער געוואוסט זיך אויפצושטעלן. זעט מען פון דעם אז ווען מען איז מכבד א מאמע איז מען מכבד די שכינה הקדושה; וואס מען טוט פאר א מאמע איז אזוי ווי מען טוט דאס פאר'ן אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם ל:): "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִלּוּ דַּרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִבְּדוּנִי", ווען מען איז מכבד טאטע מאמע - זאגט דער אייבערשטער, איז עס אזוי ווי מען איז מיר מכבד.


דאס אז זי איז נישט נארמאל השם ירחם, ווענדט זיך; אז עס איז נישט מעגליך צו זיין מיט איר דעמאלט זאלסטו טון וואס דער הייליגער אמורא רבי אסי האט געטון (שם, לא:), ער האט געהאט אן אלטע מאמע, זי האט אים געבעטן זי דארף צירונג האט ער איר געמאכט שיינע צירונג, נאכדעם האט זי געבעטן איר זון רבי אסי אז זי וויל א מאן, האט רבי אסי געזאגט איך וועל דיר זוכן א מאן, האט זי געזאגט איך וויל א מאן אזוי שיין ווי דיר, ביז רבי אסי האט פארשטאנען אז זי איז נישט אינגאנצן נארמאל איר ער ארויף פון בבל קיין ארץ ישראל; אבער אז עס איז מעגליך פאר דיר צו וואוינען מיט איר זאלסטו זיכער בלייבן מיט איר און איר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן די זכות פון העלפן דיין מאמע וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.

#108 - מעג איך טראגן מיינע קינדער צו מיינע עלטערן וואס היטן נישט אידישקייט?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, רפואה, קינדער, קאמפיוטער, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים, וואס געבן מיר ממש חיות צום לעבן, עס מאכט מיר פרייליך דאס לעבן.


איך האב צוויי זאכן צו פרעגן, ערשטנס, איך האב ברוך ה' א שטוב מיט קינדער, מיינע עלטערן זענען אבער ליידער נאך פריי, זיי היטן נישט קיין תורה ומצות, זיי האבן טעלעוויזיע אינדערהיים, ווי אויך צוויי קאמפיוטערס, צוויי טעבלעטס, און צוויי סמארטפאונס, און אלעס איז אפן געהעריג צו די אינטערנעט, און כאטש וואס איך בין זיי מכבד, איך רעד צו זיי אויפ'ן טעלעפאן יעדן טאג, און איך פרוביר אריבערצוגיין צו זיי פון צייט צו צייט, האב איך אבער מורא פאר מיינע קינדער, איך וויל נישט אז זיי זאלן האבן צוטריט צו די אלע שלעכטע זאכן. און די זעלבע זאך טראכט איך וואס וועט זיין אין אפאר יאר ארום, אויב איך וועל זיי קענען לאדענען צו קומען וואוינען נעבן מיר, אויב זיי האבן די אלע שלעכטע זאכן. ווי אזוי האנדלט מען אזא זאך?


די צווייטע זאך וויל איך פרעגן, איך בין ברוך ה' געווענליך פרייליך און רואיג, ווען איך ווארט אבער א קינד, און נאכ'ן האבן א קינד, פאל איך אריין אין א שווערע דעפרעסיע, איך ווער זייער נערוועז, און איך בין פול מיט נעגאטיווע מחשבות. וואס קען מען טון אין אזא מצב? זאל איך נעמען מעדעצין פאר דעם?


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, י"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן ווי גרויס איז די מצוה פון כיבוד אב ואם; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁלֹשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בָּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אָבִיו, וְאִמּוֹ, בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא - מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִּבְּדוּנִי", דריי שותפים איז דא אינעם מענטש - דער אייבערשטער, טאטע און מאמע; ווען א מענטש איז מכבד זיינע עלטערן, זאגט דער אייבערשטער: "איך קום וואוינען צווישן אייך און איך רעכן דאס אזוי ווי איר זענט מיר מכבד".


זייט ווייטער מכבד אייערע עלטערן אפילו זיי פירן זיך נישט אויף די אידישע וועג; די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, סימן כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוּ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט, די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, איך בעט פון ענק נאר איין זאך, איר זאלט מכבד זיין טאטע און מאמע.


אין די זעלבע צייט געבט אכטונג אויף אייערע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן; איר זאלט בעטן אייערע עלטערן שיינערהייט אויב עס איז זיי נישט שווער אוועקצולייגן די זאכן ווען איר קומט מיט די קינדער. נישט איר זאלט זיי מחנך זיין; איר טארט נישט מחנך זיין אייערע עלטערן, נאר זייט זיי מסביר אז איר פרובירט אויפצוציען די קינדער ווייט פון די זאכן, זיי ווייסן נישט פון קיין טעלעוויזיע און קאמפיוטער וכדומה, אויב איז מעגליך ווען איר קומט זאל מען דאס נישט ארויסנעמען.


אז איר וועט מכבד זיין אייערע עלטערן וועט עס גארנישט שאטן פאר די קינדער, אדרבה איר וועט זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


איר זאלט שטענדיג רעדן צו אייערע קינדער פון אייערע עלטערן מיט כבוד און עהרע. ווען די קינדער פרעגן אייך כל מיני פראגעס: "פארוואס טוט זיידע דאס?" "פארוואס טוט באבי דאס?" זאלט איר זיי שיין געבן צו פארשטיין: "זיידי און באבי ווייסן נישט פון די תורה, זיי זענען נעבעך גרויסע רחמנות'ער, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן אינאיינעם, הייליגער באשעפער העלף זיידע און באבי זאלן תשובה טון, זיי זאלן היטן די תורה און מצוות", אזוי וועלן די קינדער אויפוואקסן ערליכע אידן.


אויף אייער צווייטע פראגע; איר קענט נעמען מעדעצין פאר דעם, וועט איר זיין מער פרייליך, עס וועט אייך זיין גרינגער צוריק צו קומען צו די כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות די מצוה פון כיבוד אב ואם זאלט איר זיין געזונט און שטארק און האבן נחת פון אייערע קינדער.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#107 - וויפיל דארף איך האבן מיט מיינע עלטערן נאך די חתונה?
כיבוד אב ואם, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן ווי סאך איך דארף האבן מיט מיינע עלטערן נאך די חתונה. איך וויל באמת נישט האבן מיט זיי, איך וויל אבער וויסן וואס איך דארף טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פונקט וויפיל דו ווילסט אז דיינע קינדער זאלן האבן מיט דיר ווען זיי וועלן חתונה האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#106 - זאל איך באדינען מיין טאטע, אדער איז דאס אויפ'ן חשבון פון מיין משפחה?
שלום בית, כיבוד אב ואם, משפחה, היטן די צייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען אויף אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז, איך בין שוין 35 יאר אלט, און די וואך האב איך צום ערשטן מאל זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ חמשה חומשי תורה, שנים מקרא ואחד תרגום, דורך לערנען יעדן טאג פון די וואך אביסל, אויך האב איך שוין זוכה געווען צו ענדיגן משניות, און איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג דעם דף גמרא.


יעצט צו מיין שאלה, מיין מאמע לעבט שוין נישט, און מיין טאטע איז זייער נישט געזונט, ער קען נישט גיין אויף די פיס לא עלינו, און קען זיך נישט באוועגן געהעריג, אבער זיין קאפ איז ברוך ה' אויפ'ן פלאץ. איך האב אים אריינגענומען וואוינען ביי מיר אינדערהיים, עס פארלאנגט זיך אבער אסאך ארבעט אים צו באדינען א גאנצן טאג, ער פארלאנגט זאכן א גאנצן טאג, איך טו די מצוה מיט שמחה, איך האב אבער מורא אז דאס גייט אויפ'ן חשבון פון מיין ווייב און קינדער אז איך בין אזויפיל פארנומען מיט אים.


זאל איך אים ווייטער האלטן אינדערהיים און באדינען, אדער זאל איך ענדערש טרעפן א פלאץ פאר אים, צו קענען זיין מער פארנומען מיט די אייגענע משפחה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו האלטן דיין טאטע ביי דיר אין שטוב; זאלסט אים מכבד זיין און באדינען מיט'ן גרעסטן מאס כבוד.


דאס וואס דו האסט מורא אז עס גייט אויפ'ן חשבון פון דיין ווייב וכו'; דאס איז נארישקייטן. דער ערליכער איד האט צייט פאר אלעס, ער העלפט די עלטערן, ער העלפט די ווייב און איז מחנך די קינדער, ווידעראום דער וואס האט נישט קיין יראת שמים האט נישט קיין צייט - נישט פאר זיין טאטע, נישט פאר זיין ווייב און נישט פאר די קינדער.


פונקט ווי דו פארשטייסט אז ווען עס קומט די צייט צו גיין דאווענען שחרית, מנחה און מעריב נעמט דאס נישט אוועק פון די צייט פון די ווייב, נאר דאס איז א חלק פון עבודת השם, א חלק פון לעבן; אזוי איז מיט כיבוד אב ואם, דאס נעמט נישט אוועק פון קיינעמ'ס חשבון, דאס איז וואס א איד דארף טון; מכבד זיין א טאטע מאמע איז העכער פון אלעס.


ווען מען איז מכבד די טאטע און מאמע דעמאלט קומט דער אייבערשטער און מאכט רוען די שכינה ביים מענטש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁלֹשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בָּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אָבִיו, וְאִמּוֹ; בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִּבְּדוּנִי", דריי שותפים איז דא אינעם מענטש - דער אייבערשטער, טאטע און מאמע; ווען א מענטש איז מכבד זיינע עלטערן, זאגט דער אייבערשטער: "איך קום וואוינען צווישן אייך, און איך רעכן דאס אזוי ווי איר זענט מיר מכבד"; און ווען עס איז דא השראת השכינה איז דא אלע ישועות און אלע ברכות.


דאס וואס דו האסט מורא אז עס גייט אויפ'ן חשבון פון דיינע קינדער; פארקערט, די שטערקסטע חינוך פאר קינדער איז ווען זיי זעען ווי מען איז מכבד די עלטערן, זיי זעען דעם אונטערשייד צווישן א אידישע לעבן און להבדיל א נישט אידישע לעבן. ביי אידישע קינדער איז די זיידע באבע דער קרוין פון די משפחה, אלעס דריידט זיך ארום די עלטערן; מען קוקט אויף די עלטערן, מען טוט וואס די עלטערן טוען, אנדערש ווי ביי די אומות העולם וואס די יוגענט פארשטייט בעסער ווי די עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#105 - ווי אזוי קען זיך שטארקן מכבד צו זיין מיין טאטע?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא שרייבט א צוואנציג יעריגע מיידל. איך בין ברוך ה' געוואויר געווארן פון די עצות פון הייליגן רבי'ן מיט אפאר יאר צוריק, און זייט דעמאלט לעב איך ברוך ה' א הערליך געבענטשט לעבן און איך קען נישט גענוג דאנקן דעם ראש ישיבה פאר דעם.


איך הער אזויפיל אין די שיעורים איבער כיבוד אב ואם. איך פרוביר שטארק עס טאקע מקיים צו זיין, אבער איך מוטשע זיך זייער צו מכבד זיין מיין טאטע ווי עס דארף צו זיין. מיין טאטע ווייסט ליידער נישט פון די אלע עצות און פירט זיך אויף זייער נישט שיין צו מיין מאמע און צו אונז קינדער, ער ארבעט נישט און לערנט נישט, מיין מאמע מוז טראגן די גאנצע עול פון פרנסה און דארף זיך אויך אפגעבן מיט אונזער גרויסע משפחה, און מיין טאטע האט נאר טענות אויף איר און אויף די גאנצע וועלט.


אלס א ברסלב'ע מיידל פיל איך אז איך האב א באזונדערע פליכט אים מכבד צו זיין, און איך פרוביר טאקע די מערסטע וואס איך קען. איך האב אבער לעצטנס געהערט ווי די ראש ישיבה ברענגט פון ספר חרדים אז מען איז מחויב מכבד צו זיין די עלטערן אפילו אין הארצן, און עס האט מיך זייער צובראכן. פון אינדרויסן קען איך זיך ברוך ה' עטוואס צוריק האלטן פון ענטפערן, אבער פון אינעווייניג קאכט זיך מיר קעגן אים. איך וואלט אזוי שטארק געוואלט האבן א געפיהל פון ליבשאפט און כבוד צו מיין טאטע, און איך דאווען טאקע אסאך פאר דעם, אבער ס'זעט אויס אוממעגליך.


אפשר קען מיך דער ראש ישיבה געבן עפעס עצות און חיזוק אויף דעם? אויך וויל איך בעטן פאר א ברכה צו זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בקרוב און אויפשטעלן א שטוב אויפ'ן רבינ'ס וועג.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכים החודש, כ"ח אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פרובירט צו קוקן און צו זוכן גוטע זאכן אויף אייער טאטע, עס איז זיכער דא עפעס גוטס אין אים; אזוי האט דער אייבערשטער אונז באפוילן, מען מוז קוקן גוט אויף עלטערן און חס ושלום אפלאכן און אפשפעטן פון זיי, אפילו שטילערהייט, דאס א גרויסע עבירה. אזוי ווי עס ווערט געברענגט (ספר חרדים פרק ט, סימן לה): "אפילו מען לאכט זיך אויס פון עלטערן בלויז במחשבה, מען איז מזלזל בלויז במחשבה, איז מען שוין אויך פארשאלטן פונעם אייבערשטן"; אפגערעדט אויב מען פארשעמט עלטערן אדער מען חוצפ'ט זיך צו זיי, דעמאלט איז מען עובר אויף וואס די תורה זאגט (דברים כז, טז): "אָרוּר מַקְלֶה אָבִיו וְאִמּוֹ", פארשאלטן זאל זיין דער וואס שעלט זיינע עלטערן, און דער רמב"ם זאגט (פרק ה' מהלכות ממרים, סימן טו) אז אויב מען פארשעמט עלטערן אפילו נאר מיט ווערטער, אדער אפילו נאר ברמיזה - איז מען שוין פארשאלטן פונעם אייבערשטן.


אז איר וועט קוקן מיט א גוט אויג אויף אייער טאטע וועט איר אים מאכן ער זאל טאקע ווערן גוט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפב): "ווען מען קוקט גוט אויף א צווייטן, מען זוכט עפעס גוטס אין יענעם אפילו יענער זאל זיין א רשע רחמנא לצלן קען מען יענעם מאכן פאר א צדיק", דער רבי טייטשט מיט דעם דער פסוק (תהלים לז, י): "וְעוֹד מְעַט וְאֵין רָשָׁע", אז מען טרעפט עפעס א קליינע גוטע זאך, וואס מיט די גוטע זאך איז מען נישט קיין רשע, "וְהִתְבּוֹנַנְתָּ עַל מְקוֹמוֹ וְאֵינֶנּוּ", זעט מען נאכדעם, אז יענער איז מער נישט קיין רשע, יענער ווערט א צדיק.


מישטס אייך נישט אריין אין די רייבערייען וואס פאסירט צווישן אייער טאטע און מאמע; שטייטס אין דער זייט און נעמטס זיך נישט אן פאר קיינעם, איר דארפט זיי ביידע מכבד זיין; דעמאלט וועט איר געבענטשט ווערן מיט אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#104 - ווי אזוי זאל איך געבן די צדקה פאר מיין טאטע?
כיבוד אב ואם, פרנסה, חברים, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין ווערטער צו באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר'ן מיר ממש געבן לעבן, אזוי ווי א טויטער מענטש וועט קיינמאל נישט קענען גענוג באדאנקען פאר דעם וואס האט אים מחי' מתים געווען. אין בין שוין טאקע אין די צוואנציגער יארן, אבער איך האב אנגעהויבן באמת צו לעבן ערשט לעצטנס ווען כ'האב אנגעהויבן הערן די שיעורים.


מיין טאטע איז א איד וואס זיצט א גאנצן טאג און לערנט, ער האט גארנישט אין לעבן אויסער תורה. איך האב זיך איינגעפירט אז איך געב יעדן חודש מיין מעשר און חומש פאר מיין טאטע, איך לייג עס אריין גלייך אין זיין באנק אקאונט (חשבון), איינער האט מיר אבער לעצטנס מעורר געווען אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג, ווייל מיין טאטע קען זיך שעמען אז זיין זון געבט אים געלט יעדן חודש, נאר איך זאל ענדערש געבן דאס געלט פאר א צדקה קאסע, און דורך זיי זאל עס אנקומען צו מיין טאטע, ס'זאל נישט גיין דירעקט פון מיר צו אים.


איך טראכט אבער אז אויב וועט ער זען ווי איך הער אויף אים צו געבן דאס געלט יעדן חודש ווי צוגעוואוינט, וועט עס אים מער וויי טון ווי ווען ער באקומט דאס געלט דירעקט פון מיר. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די פראגע איז, וואס דארפסטו דערציילן פאר אנדערע וואס דו טוסט? ווי קומט דאס אז א צווייטער זאל בכלל וויסן אז דו געבסט דיין צדקה פאר דיין טאטע - מיט אלע איינצעלהייטן אז דו געבסט עס אין זיין באנק וכו', וכו'? אז דו געבסט צדקה פאר דיין טאטע דארפסטו דאס נישט מיט קיינעם מיטטיילן; דאס איז צווישן דיר אינעם באשעפער, קיינער דארף נישט וויסן דיינע חשבונות.


בכללל איז גוט צו וויסן וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר אינגעלייט וואס האבן אנגעהויבן א געשעפט אז זיי זאלן קיינמאל נישט דערציילן פאר קיינעם וויפיל מען פארדינט און וויפיל געלט מען האט אוועקגעלייגט וכו', וכו'. ווען אנדערע האלטן מיט די חשבונות קומט נישט ארויס פון דעם קיין גוטס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח:): "אֵין הַבְּרָכָה מְצוּיָה אֶלָּא בְּדָבָר הַסָּמוּי מִן הָעַיִן", די ברכות קומען נאר ווען קיינער ווייסט נישט וויפל מען פארדינט.


זיי ממשיך מיט די צדקה, דוקא אויף דעם וועג וואס דו פלעגסט געבן ביז אהער; אין דעם זכות פון צדקה זאלסטו זוכה זיין אז דו זאלסט קיינמאל נישט דארפן אנקומען צו קיינעם נאר צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ישועה, סימן יג): "עַל יְדֵי צְדָקָה תִּזְכֶּה, שֶׁלֹּא תִּצְטָרֵךְ לִישׁוּעַת אָדָם", ווער עס געבט צדקה ווערט געבענטש אז ער וועט קיינמאל נישט דארפן אנקומען צו מענטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#103 - וואס טו איך אז מיין מאמע לאזט מיר נישט האבן קיין טעלעפאן?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, טעלעפאן, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים וואס איר געבט כסדר, דאס געבט מיר ממש לעבן, און ווייזט מיר א וועג ווי אזוי זיך צו פירן.


איך בין א מיידל פון 18 יאר, און איך גיי אין די צוועלפטע קלאס, און ביי אונזער סקול איז אנגענומען אז אין די צוועלפטע קלאס האט מען שוין אן אייגענעם טעלעפאן, אבער מיין מאמע וויל זייער נישט אז איך זאל האבן א טעלעפאן.


די סיבה דערצו איז ווייל מיין עלטערע שוועסטער האט זיך געקויפט א סמארטפאון גלייך נאך איר חתונה, און זי האט מורא אז איך וועל עס אויך טון. איך האב איר פרובירט מסביר צו זיין אז איך בין נישט אזוי ווי מיין שוועסטער, איך דארף נישט קיין סמארטפאון נאר א פשוטע טעלעפאן, זי זאגט אבער אז אזוי הויבט יעדער אן.


פון איין זייט פארשטיי איך איר, ווייל איך האב עטליכע געשוויסטער וואס פירן זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין, און זי וויל נישט איך זאל גיין אין זייערע וועגן, און זי טענה'ט אז ס'איז מיר נישט וויכטיג צו האבן א טעלעפאן, פון די אנדערע זייט שפיר איך אבער אז ס'איז מיר יא וויכטיג, נאכדערצו אז איך בין די איינציגסטע מיידל פון מיין קלאס וואס האט נישט קיין טעלעפאן. האט איר אפשר אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאמע איז גערעכט, איר דארפט נישט קיין טעלעפאן, איר וועט גארנישט פארדינען מיט'ן טעלעפאן; ווען איר האט איבעריגע צייט זאלט איר העלפן אייער מאמע מיט די שטוב ארבעט, און אז עס איז אייך נאך אלץ געבליבן צייט זאלט איר זאגן תהילים; בעטס זיך אויס ביים אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך, אן ערליכער חתן און צוזאמען אויפשטעלן שיינע דורות. יעצט איז די צייט צו מתפלל זיין אויף דעם, ווען מען איז נאך א מיידל דארף מען שוין טראכטן פון תכלית, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע דורות.


חבר'טעס איז נישט א זאך וואס זעטיגט דעם מענטש, חבר'טעס מאכט נישט באמת פרייליך דעם מענטש; געבטס עפעס פאר אייער נשמה, קאפיטלעך תהילים טרינקט אן די נשמה, עס מאכט פרייליך. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם וואס טרינקט יעדן טאג אפאר קאפיטלעך תהילים"; אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא, די הייליגע חכמים פרעגן (ברכות ז:): פארוואס ווערט רות אנגערופן מיטן נאמען רות? "שֶׁזָּכְתָה וְיָצָא מִמֶּנָּהּ דָּוִד שֶׁרִיוָּהוּ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בְּשִׁירוֹת וְתִשְׁבָּחוֹת", 'רות' איז א לשון פון טרינקען, פון איר איז ארויסגעקומען דוד המלך וואס האט אנגעטרינקען דעם אייבערשטן כביכול מיט'ן ספר תהילים, מיט שירות ותשבחות; דעריבער ווען מען זאגט תהלים איז דאס אזוי ווי א טרינק פאר די נשמה.


אייער מאמע ווארט צו זען אביסל נחת, האטס רחמנות אויף איר; איר קענט זיך נישט פארשטעלן די צער וואס עלטערן האבן ווען די קינדער פירן זיך נישט מיט יראת שמים, עס איז נישט דא נאך אזא צער ווי די צער. אז אייערע שוועסטערס מאכן נישט קיין נחת פאר אייער מאמע בעט איך אייך זייער פאלגט אייער מאמע; אז זי וויל נישט איר זאלט האבן א טעלעפאן זאלט איר דאס נישט האבן, דורכדעם וועט איר אנפילן די לעכער פון איר הארץ און אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו א גוט לעבן.


חבר'טעס איז א דמיון; די אלע וואס לעבן פאר חבר'טעס, זיי פאלגן נישט די עלטערן צוליב חבר'טעס - די זענען א גרויסע רחמנות. עס קומט א צייט וואס מען הייבט אן פארשטיין וואס א מאמע איז, מען הייבט אן האבן שולד געפילן אויף די אלע יארן וואס מען האט פארברענגט מיט חבר'טעס און זיי נאכגעגאנגען אנשטאט די מאמע.


אז איר וועט אננעמען דעם בריוו וועט אייך גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#102 - מיינע עלטערן רעדן קעגן מיין רבי, מעג איך זיי ענטפערן?
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זייט איך האב אנגעהויבן הערן דעם ראש ישיבה שליט"א'ס דרשות, האב איך אנגעהויבן זייער נזהר צו זיין אין כיבוד אב ואם, זיי מכבד צו זיין, און נישט צוריק ענטפערן ווען זיי שרייען מיר אן.


איך האב אבער געוואלט וויסן וואס די הלכה איז ווען מיינע עלטערן שרייען אויף מיר אז מיין רבי איז נישט קיין רבי, און נאך אזעלכע סארט נישט שיינע לשונות אויף דעם פלאץ וואו איך דריי זיך. מעג איך איר שיינערהייט זאגן אז דאס איז מיין רבי און איך טאר נישט הערן רעדן קעגן אים, אדער עפעס ענליך אויף אן איידעלע וועג, אדער זאל איך ענדערש אפשווייגן אזוי ווי אויף די אנדערע בזיונות וואס איך כאפ כסדר?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר,


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט ווער דיין רבי איז און אין וועלכע פלאץ דו דרייסט זיך; אויב איז דיין רבי דער הייליגער רבי און דו דרייסט זיך אין היכל הקודש זאלסטו אודאי נישט ענטפערן ווען מען שרייט און מען שפעט פון אונז. אז דו וועסט נישט ענטפערן ווען מען פארשעמט דיר וועסטו זוכה זיין צו די ריכטיגע תשובה אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה.


אונזער זאך איז אפשווייגן ווען מען האט א בזיון. מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה געגאנגען מיט איינעם פון אנשי שלומינו צום הייליגן רבינ'ס ציון, אויפ'ן וועג איז צוגעקומען א מתנגד און געווארפן אויפ'ן טשערינער רב א שטיק צואה, דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און די בעקיטשע איז אים פארשמירט געווארן, ער האט זיך אבער נישט וואוסנדיג געמאכט נאר ער איז ווייטער געגאנגען, אבער דער אנדערער וואס איז מיטגעגאנגען מיט אים האט זיך אויסגעדרייט צו דעם מתנגד און אנגעפאנגען שרייען: "שגץ!" וכו' און דער מתנגד האט צוריק געשריגן וכו'. האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייג, דאס איז דאך אונזער זאך", און ער האט צוגעלייגט: "אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן אויף די וועלט".


ענטפער נישט קיינעם, בפרט דיינע עלטערן; אז דיינע עלטערן רעדן אויפ'ן רבי'ן און אויף ברסלב'ע חסידים זאלסטו זיך האלטן שטיל און געלאסן, מיט דעם וועסטו אפשטילן אלע מחלוקת און קריגערייען. קיינער וועט דיר נישט קענען אפשוואכן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות מריבה, סימן לה): "מִי שֶׁהוּא עָצוּר בְּמִלִּין, לֹא יוּכַל אוֹתוֹ שׁוּם אָדָם", ווער עס ענטפערט נישט און רעדט נישט, קען אים קיינער נישט בייקומען.


אין זכות וואס דו געבסט אכטונג אויף די כבוד פון דיינע עלטערן וועסטו זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים, דו וועסט זוכה זיין צו די וועלט און יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.