שאלה אין קורצן ענין
#28 - האב איך געדארפט צוריקגעבן די האנט פאר דעם עזות פנים?
סיפורי צדיקים, מחלוקת, שלום, מדות טובות, בזיונות, וויכוחים, עזות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין לעצטנס געווען ביי א משפחה שמחה, און עס איז אנגעקומען דארט איינער וואס האט מיר זייער אנגעשריגן ווען איך האב געוואלט אריינלייגן מיינע קינדער אין ..., ער איז צוגעקומען צו מיר וואונטשן מזל טוב, אבער איך האב אים ממש נישט געקענט צוריק געבן די האנט, איך האב זיך אוועקגעדרייט און אים איגנארירט. איך האב אים נישט געקענט דריקן די האנט אין די צייט ווען עס איז מיר ארויפגעקומען אין מח די חוצפה און עזות ווי אזוי ער האט גערעדט קעגן דעם הייליגן רבי'ן, ער האט געשריגן אויף מיר, "דו האסט א טויטע רבי אונטער דער ערד, און ענק טוען זיך וואס ענק ווילן", און אזוי איז ער געשטאנען און פארשעמט דעם הייליגן רבי'ן פאר עטליכע מינוט אין פארנט פון אסאך מענטשן וואס זענען דארט געשטאנען ארום; און דעריבער האב איך אים נישט געקענט קוקן אין פנים איידער ער בעט איבער דעם רבי'ן.


למעשה האב איך יעצט א שולד געפיל אויב איך האב ריכטיג געטון, אפשר האב איך אים יא געדארפט צוריק געבן די האנט, ווייל איך האב געזען אז ער איז גלייך ארויס פון זאל, אפשר איז ער פארשעמט געווארן פון מיר?


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר זאגן אויב איך האב געמאכט א טעות, צו וויסן אויף א קומענדיגע מאל ווי אזוי איז ריכטיג זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט נישט גוט געטון, מען טאר נישט פארשעמען א איד, זאל זיין וואס זאל זיין, און אז איינער וויל דיר ווינטשן ביי א שמחה מזל טוב, אז איינער געבט דיר די הענט - דארפסטו צוריק געבן און חס ושלום יענעם וויי טון, און אז יענער איז אן עזות פנים, ער רעדט אויפן רבי'ן - דאס איז נישט דיין עסק, דער רבי דארף נישט דו זאלסט זיך אננעמען פאר אים.


מוהרא"ש דערציילט, מען האט אמאל אין א שול זייער פארשעמט א ברסלב'ער חסיד, מען האט געדערט אויפן רבי'ן און דער ברסלב'ער חסיד האט געשוויגן און נישט געענטפערט. דארט איז געווען א איד, א חסיד פון א צווייטע חסידות, פרעגט ער דעם ברסלב'ן חסיד: "היתכן דו שווייגסט, דו נעמסט זיך נישט אן? וואלט איינער גערעדט אויף מיין רבי וואלט איך יענעם געענטפערט מנה אחת אפים!" האט דער ברסלב'ער חסיד געענטפערט: "אויפן הייליגן רבי'ן דארף איך זיך נישט אננעמען, ווייל אין הימל ווייסט מען פון רבי'ן, וועט מען זיך אננעמען פון הימל".


ובכן בעט איך דיר, נעם זיך נישט אן פארן רבינ'ס כבוד, דער רבי איז באקאנט אויבן אין הימל, דארט נעמט מען זיך אן פארן רבי'ן; זאלסט קיינמאל נישט וויי טון א איד.


מוהרא"ש האט אונז געזאגט, ווער עס וויל זיך אננעמען פאר זיין כבוד זאל לערנען נאך א פרק משניות, נאך א בלאט גמרא, נאך א קאפיטל תהלים, און אהיים גיין העלפן די ווייב, גיין הפצה וכו'; מיט דעם נעמט מען זיך אן פאר זיין כבוד, אבער חס ושלום וויי טון א צווייטן איד, חס ושלום נישט צוריק געבן די הענט וכו'.


קיינמאל זאלסטו נישט וויי טון א צווייטן, און אז איינער איז דיך מבזה  - זאלסטו דאס אננעמען פאר כפרת עוונות. דער טשערינער רב זכרונו לברכה האט געזאגט פאר איינעם פון אנשי שלומינו, ווען א מתנגד האט געווארפן אויף אים צואה, דער מתנגד האט דאס אריינגעווישט אין זיין בעקיטשע און עס פארשמירט, און דער וואס איז מיטגעגאנגען מיטן טשערינער רב האט זיך אויסגעדרייט און געשריגן: "אויף א רב ווארפט מען? שעם זיך!" האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייגן איז אונזער זאך, דער רבי האט אונז געלערנט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", הערן ווי מען ווערט פארשעמט און שווייגן - דאס איז תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - איך קריג זיך אזויפיל מיט מיין ווייב, ווי אזוי גייט מען ווייטער?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער יצר הרע פארלייגט זיך, עס הויבט זיך אן כסדר פרישע ויכוחים און חילוקי דעות צווישן מיר און מיין טייערע ווייב, און דאס צעברעכט אזוי שטארק אונזער שלום בית.


ווי אזוי קען איך ווייטער ליב האבן מיין ווייב, טראץ די פילע זאכן וואס שטערן מיר אזוי שטארק פון איר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים", דאס איז די זאך פונעם יצר הרע; מאכן קריגערייען צווישן מאן און ווייב, חרוב מאכן די ליבשאפט, אוועק נעמען די שלום צווישן זיי, "כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", אזוי כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער, "עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם", אוועק נעמען די ליבשאפט, די שלום, "שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", אזוי ווארפט ער זיי אריין אין עבירות רחמנא לצלן.


מיין ליבער ברודער, מיין טייערער חבר, טו אלעס אויף דער וועלט עס זאל זיין שלום און ליבשפאט צווישן ענק, און אז עס איז דא זאכן וואס שטערט דיר פון דיין ווייב - זאלסטו גיין התבודדות; וויין צום אייבערשטן, זאג די תפילה:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל ליב האבן מיין ווייב, עס זאל זיין שלום צווישן אונז, העלף מיך עס זאל מיך נישט נערוועז מאכן די זאכן וכו', העלף מיר עס זאל מיך נישט שטערן וואס זי טוט. הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל געדענקען אז איך בין נאר א גאסט און באלד גיי איך שוין אהיים צו דיר, באלד וועט מען מיך באגראבן אין בית החיים, און עס וועט נאר בלייבן פון מיר וואס איך האב זיך איינגעהאלטן, מוותר געווען און געזוכט שלום.


רבונו של עולם העלף מיר אויסארבעטן מיין בלוט, אויסרייניגן מיינע בלוט, איך זאל גארנישט וועלן, איך זאל נאר וועלן זיין נאנט צו דיר, עס זאל מיר גארנישט אנגיין, זַכֵּינוּ לאריכת אפים, איך זאל נישט ווערן נערוועז פון קיינעם".


אזוי זאלסטו גיין יעדן טאג התבודדות, בעט דעם אייבערשטן פאר דיר עס זאל דיר גארנישט באדערן, וועסטו זוכה זיין צו א גוטע שלום בית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - פארוואס נאר אונז האבן נישט קיין אייגענע דירה?
אידיש געלט, שווער און שוויגער, תפילות אויף אידיש, פרנסה, שמחה, מדות טובות, עצבות, דירה, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די לעכטיגע שיעורים, עס איז ממש מחיה נפשות ברוך ה', יישר כח אייבערשטער.


איך שפיר ווי מיין לעבן איז מיר געווארן ביטער ביטער שווער. מיר זענען א יונגע קאפל, חתונה געהאט אפאר יאר, מיר האבן נישט קיין אייגענע דירה, דא אין ארץ ישראל איז ביטער שווער קויפן א דירה, די פרייז איז גאר טייער, אפילו מיט די הילף פון ביידע זייטן עלטערן. און דא הייבט זיך אן אונזער פראבלעם.


מיין מאנ'ס משפחה האט נישט קיין שום געלט, מיינע עלטערן האבן געברענגט אביסל א קליינע סומע, אבער זיי האבן כאטש געוויזן אז זיי אינטערעסירן זיך אין אונז, זיי פרובירן כאטש צו העלפן, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך ווי איך האב ממש פיינט מיין מאנ'ס עלטערן, עס אינטערעסירט זיי ממש גארנישט פון אונז, מיין שווער און שוויגער האלטן ממש נישט ביים געבן עפעס. איך שפיר ממש ווי איך גיי אויס פאר קנאה פאר מענטשן וואס זייערע עלטערן געבן זיי געלט, און זיי האבן א שיינע הויז.


די גרעסערע פראבלעם איז אבער אז מיין שוויגער געבט יא און העלפט יא גאר אסאך פאר מיין מאנ'ס ברידער, זי קויפט זיי און געבט זיי נאכאנאנד זאכן און דאגה'ט זיי. זי האט אונז בכלל נישט ליב, איך שפיר אז קיינער האט אונז נישט ליב ביי מיין מאנ'ס זייט. ווייל מיר האבן נאכנישט א דירה, זענען מיר גארנישט ווערד, וואס טו איך? איך האב זיי נישט ליב, איך האב פיינט מיין מאנ'ס עלטערן.


איך וויל נישט קומען אויף שבת ווייל מיין שווער איז א גרויסער קמצן, די לעקטער פארלעשט זיך דארט מיט א זייגער אינמיטן די סעודה, אויך די עירקאנדישאן, פונקט פארקערט פון די גרויסע שפע וואס גייט ביי מיין טאטע, מיין מאן וויל אבער יא גיין.


וואס טוט מען? איך שפיר זיך אזוי שלעכט, איך וויל אזוי שטארק אויך האבן א גרויסע הויז דא אין שטאט, אבער עס קאסט 2 מיליאן שקל, זאלן מיר זיך רייסן מיט חובות? אדער ווארטן ביז ווען? אן הגרלה אויף דירות און אביסל מער ביליג אבער עס איז גרייט נאך אסאך יאר? איך האב מורא אריינגיין אין טיפע חובות, ווי אויך איז גאר א סכנה דא אין ארץ ישראל מיט די באנק.


ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אונז געבן א גוטע עצה און אן ענטפער, איך ווארט זייער אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי ממש נישט וואס די צרה איז און אויף וואס די געוויינען זענען; וואס האט א גוט לעבן צו טון מיט האבן אן אייגענע דירה? מען קען האבן אן אייגענע דירה און גארנישט האבן, און מען קען לעבן א זיסע לעבן אן האבן אן אייגענע דירה; איז וואס איז דאס געוויין און דאס געשריי אויף נארישקייטן.


עס איז א סכנה זיך אפצורעדן און צו קרעכצן; אז מען וויינט אויף גארנישט ברענגט דאס שווערע צרות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה טז, כ) די אידן האבן געוויינט ביי די מרגלים, האט דער אייבערשטער זיי געזאגט: "אתם בכיתם בכיה של חנם לפני", ענק האבן געוויינט אומזיסטיגע געוויין, "אני אקבע לכם בכיה לדורות", איך וועל ענק מאכן וויינען אויף אלע דורות; ווען מען וויינט אויף גארנישט מיט נישט, ברענגט מען שווערע צרות, אויך ברענגט דאס אלע עבירות. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב סימן ז, אות יא): "כִּי בְּזֶה הַחֵטְא וְהַפְּגָם", ווייל אז מען וויינט אומזיסט אויף גארנישט און אויף נישט, מען קרעכצט און מען רעדט זיך אפ - "תְּלוּיִים כָּל הָעֲווֹנוֹת", דאס ברענגט אלע עבירות, "כּוֹלֵל כָּל הַחֲטָאִים", דאס איז אזוי הארב ווי אלע עבירות רחמנא לצלן. דער רבי זאגט דארט ווייטער: "כְּפִי מַה שֶּׁזּוֹכֶה לִפְעֹל בַּקָּשַׁת סְלַח נָא", און אז מען איז מתקן די פגם, מען הערט אויף וויינען, מען רעדט זיך נישט אפ, מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן - "מִזֶּה נַעֲשֶׂה בְּחִינַת חֲנֻכַּת הַבַּיִת", קען מען זוכה זיין צו א נייע שטוב, באקומען אן אייגענע הויז.


דאס וואס איר שפירט ווי דאס לעבן איז אייך ביטער ביטער - דאס האט נישט מיט די דירה, דאס איז די קנאה וואס מאכט חרוב אייער לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה, עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן - ווערן זיינע ביינער פארפוילט; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן, קנאה מאכט דאס לעבן אויס, מען עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט, און דאס מאכט מען זאל ליב האבן די אנדערע געשוויסטער און אייך נישט, קנאה שטופט אוועק אהבה, איר דארפט בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, איך זאל זיין צופרידן מיט מיין לעבן", אויך זאלט איר עסן יעדן טאג אפאר שטיקלעך קנאבל, דאס איז א סגולה אוועק צו נעמען קנאה און א סגולה מען זאל זיך אליין ליב האבן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות אהבה, סימן יא): "הַשּׁוּם מְסֻגָּל לְאַהֲבָה", עסן קנאבל איז א סגולה צו זיך ליב האבן, און קיינעם נישט מקנא זיין.


ווי לאנג א מענטש האלט אז מענטשן קומען אים עפעס - איז א גרויסע רחמנות אויף אים; מען ווערט פון דעם חרוב. אז עלטערן העלפן די קינדער מיט א הויז, מיט געלט וכו' - איז דאס א שיינע זאך; דאס מיינט נישט אז זיי דארפן דאס טון, און אז זיי געבן פאר א טייל קינדער יא און פאר א טייל קינדער נישט - קען מען נישט האבן קיין טענות, מען דארף זיי ווייטער מכבד זיין און געדענקען אז די געלט און די הויז און אזוי ווייטער - אלעס איז פונעם אייבערשטן.


איר זאלט ווייטער גיין אויף שבתים צו זיינע עלטערן און זיי מכבד זיין, און טוט נישט וויי אייער מאן, רעדט נישט צו אים קעגן זיינע עלטערן; עס איז א גרויסע עבירה און א גרויסע שטות פון די ווייבלעך וואס העצן אויף זייער מאן קעגן זייער טאטע מאמע, דאס מאכט חרוב די שלום בית, מען פארלירט אלעס.


בעטס דעם אייבערשטן די תפילה:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין דאנקבאר פאר יעדן איינעם, איך זאל נישט מיינען אז עס קומט מיר עפעס. הייליגער באשעפער העלף מיר אויסארבעטן מיינע שלעכטע מידות, איך האלט אז אלע קומען מיר, אלע דארפן מיר טון, אלע דארפן מיר מאכן. אויך די שלעכטע מידה פון קנאה; איך ווער אויפגעגעסן, איך האב נישט הנאה פון לעבן.


אנא השם, איך בעט דיר אייבערשטער, רחם עלי, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה צו גלייבן אז דו טוסט אלעס, דו ביסט אלעס, אלעס קומט פון דיר און נאר צו דיר דארף מען זיך ווענדן".


אזוי זאלט איר בעטן, און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות, ביז עס וועט אייך גוט ווערן אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - פארוואס איז אונזער שול אזוי צעפארן?
אחדות, בית המדרש, היכל הקודש, שלום, דאווענען, מדות טובות, היטן די צייט, נקודות טובות, גבאי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס גייט פאר לעצטנס אין אונזער בית המדרש היכל הקודש, איך רעד פון די לעצטע האלבע יאר בערך. איך שפיר אז דער בית המדרש דארף גרויס חיזוק.


די זמנים זענען געווארן זייער שוואך, מען דאווענט זייער שפעט, די וואך איז עס שוין געגאנגען אזוי ווייט אז אנשטאט 9:30 האט מען ערשט אנגעהויבן דאווענען אום 10:00 אזייגער. אויך דאס רעדן ביים דאווענען איז זייער איינגעריסן, אזוי ווייט אז ביז מען קומט נישט אן צו ברוך שאמר, שפירט זיך בכלל נישט אז מען דאווענט דא, מען הערט נאר קולות פון רעדן און שמועסן, און אפילו נאך ברוך שאמר קען מען נאך הערן אינגעלייט און בחורים וואס שמועסן צווישן זיך. שוין אפגערעדט פון די פאליש וואס מיר האבן דא, וואס שטייט מען און מען שמועסט הויך לכתחלה דעם גאנצן דאווענען, אויך אינמיטן שמונה עשרה, און מען הערט עס גוט אריין אין שול.


פון איין זייט אז טאקע דא א גוטע געשמאקע לופט אין שול, מען האט זיך ליב און עס איז בא'טעמ'ט, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך אז עס איז בכלל נישט קיין בית המדרש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיך ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו, אז עס איז דא א גוטע לופט ביי ענק אין בית המדרש, "ומי יתן והיה לבבם זה להם ליראה אותי כל הימים", איך האף און איך בין מתפלל אז עס זאל בלייבן ביי ענק די גוטע לופט אין שול, מען זאל זיך ליב האבן, און אין אלע שולן היכל הקודש זאל זיין א געשמאקע לופט פון ליבשאפט, דאס איז דאך דער עיקר; ווייל אויב איז דא ליבשאפט איז דא אלעס, און אז עס איז נישטא קיין ליבשאפט איז גארנישט דא.


איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען וואס די פליכט פון א גבאי איז, נישט צו זיין א נערוועזער אנצוהויבן פונקט אין צייט, נישט דאס איז די ארבעט פון דער גבאי; אויף דעם קען מען טרעפן איינער פון די מתפללים, אויך נישט אויף צו מוסר'ן און צו זוכן חסרונות, אויף דעם קען מען זיך פארלאזן אז אנדערע וועלן דאס שוין טון; א גבאי דארף איין זאך טון, זוכן די מעלות ביי די מתפללים, זוכן דאס גוטס, און אריינברענגען א לעבעדיגקייט און א ליבשאפט צווישן די מתפללים.


איך בעט דיר און אויך אלע גבאים פון אונזערע שול'ן, שטארקט אייך און זוכט אויף דאס גוטס ביי די מתפללים, זוכט צו מאכן אן אויר הזך והנח, עס זאל זיין שמחה צווישן ענק; דאווענען אין צייט - דאס וועט נאכקומען, נישט רעדן ביים דאווענען - דאס וועט אויך זיין, אבער אויף ליבשאפט צווישן אייך - דאס איז די שווערסטע זאך, און אז דאס וועט זיין ביי אייך - וועט אלעס זיין.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געשריבן פון די פרט פאר אנשי שלומינו טויזנטער מאל, ווייל עס איז א שווערע עבודה; מען דארף אסאך בעטן אויף דעם פרט ביז מען איז זוכה צו זען גוטס ביי יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - ווי אזוי ווערט מען געראטעוועט פון לשון הרע?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה, מדות טובות, עצבות, לשון הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער אז איך האב זוכה געווען מסיים צו זיין נאכאמאל ששה סדרי משנה.


איך בין ברוך ה' אזוי פרייליך און צופרידן דא אין שטעטל, אין קרית ברסלב, איך שפיר אבער ממש ווי דער ס"ם פארגינט מיך נישט. איך קום אין שול און דער רעדט אויף יענער און דא קומט איינער 'נאר' זאגן אויף אים... אויך איז דא אסאך מאל וואס איינער קומט נאר זאגן אז ער האט געהערט ווי יענער האט אויף מיר געזאגט אזוי... איך האב אזוי ליב אנשי שלומינו, איך וויל ווייטער ליב האבן אנשי שלומינו, וואס איז די עצה אויף דעם? איך פרוביר אוועקצוגיין אדער נישט אריינגיין אין אזעלכע שמועסן אבער מיט איין ווארט איז שוין דערנאך. אפשר קען מיר דער ראש ישיבה געבן א עצה איך זאל געראטעוועט ווערן פון דעם?


ש'כח פאר מיין לעבן. אלעס איז מיר אזוי גוט ברוך ה'.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ה' פרשת תזריע, ד' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ליבער ברודער, אז מען איז פארנומען צו זוכן שלעכטס ביי אנדערע - איז א סימן אז מען דארף תשובה טון. רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך זע א חסרון ביי א צווייטן, איז דאס מיין פראבלעם; אדער האב איך נישט געהאט קיין התבודדות יענעם טאג, און אז איך האב יא געמאכט התבודדות - האב איך נישט געמאכט גענוג התבודדות, ווייל ווען איך וואלט זיך גוט מתבודד געווען - וואלט איך געזען נאר גוטס ביי יעדן איינעם".


זיי נישט ברוגז וואס איך גיי דיר זאגן, אז מען קומט צו דיר רעדן לשון הרע - איז דאס דיין אייגענע פראבלעם, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אונז מגלה געווען פשט אין די ווערטער וואס די הייליגע חכמים זאגן (נגעים ב, ה): "כל הנגעים אדם רואה, חוץ מנגעי עצמו", טייטשט דער הייליגער בעל שם טוב, "כל הנגעים אדם רואה חוץ", אלע פעלערס וואס א מענטש זעט ביי א צווייטן, "זה נמשך מנגעי עצמו", דאס איז זיינע אייגענע פראבלעמען. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (קידושין ע:): "כל הפוסל פסול", דער וואס רעדט אויף אנדערע רעדט אויף זיך אליין, און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין הלכה, ווען מען זוכט א שידוך (אבן העזר סימן ב', סעיף ב): "כל הפוסל במומו פוסל", אז מען הערט איינעם בארעדן אנדערע - זאל מען זיך נישט משדך זיין מיט אים.


ווער האט צייט צו רעדן פון אנדערע, ווער איז שוין פערטיג מיט זיך אליין? לאז דיך אפ פון לשון הרע, א שאד אז מען קומט צום רבי'ן און מען גייט אריבער אזויפיל בזיונות, שפיכות דמים, פארן ווערן א ברסלב'ער - פארן זיין פארנומען מיט אנדערע; צו זיין פארנומען מיט יענעמ'ס חסרונות וואלסטו געקענט בלייבן אין דיין אלטע חסידות. טו תשובה, בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן א ריינע מויל מיט ריינע אויערן, און גיי התבודדות יעדן אינדערפרי, שריי אויס די געדעכטע בלוט, זאג: "הייליגער באשעפער, ווען וועל איך זוכה זיין צו זען נאר גוטס ביי יעדן איינעם, פארוואס זוך איך יענעמ'ס חסרונות? וואס אינטערעסירט מיך יענעמ'ס לעבן?


הייליגער באשעפער, אז מען קומט רעדן צו מיר פון אנדערע - איז דאך א סימן אז איך בין א מענטש וואס אינטערעסירט די זאכן, ווייל צו די ערליכע אידן קומט מען נישט רעדן קיין לשון הרע, בעט איך דיר הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען פון עלמא דאתי, אז עס איז דא א בית הקברות וואס דארט וועל איך דארפן אנקומען, מען וועט מיך אריינלייגן אין גרוב אן מיין רשות, און מיך צודעקן מיט ערד; איז פארוואס בין איך פארנומען צו רעדן פון אנדערע? העלף מיר איך זאל געדענקען אז איין טאג וועט מען זיין א גוסס, מען וועט מוזן צוריק געבן די נשמה צו דיר, איז וואס בין איך פארנומען צו זוכן שלעכטס אויף יענעם, וואס בין איך מקבל לשון הרע?


הייליגער באשעפער זיי מיך מקרב צו דיר, געב מיר פון די יין המשומר, פון די אונגארישע וויין, פון רבינ'ס שכל, איך זאל זיך נישט נארן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): 'אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד', דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; הייליגער באשעפער איך בין געקומען צום רבי'ן מיט אזויפיל מסירות נפש כדי צו זיין א איד, צו לערנען און דאווענען און זען אין יעדן איד נאר גוטס, העלף מיר איך זאל יעדן טאג לערנען מקרא, משנה, גמרא והלכה, און איך זאל קומען אין שול דאווענען די דריי תפילות און זיך מתבודד זיין".


אזוי זאלסטו יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן, און ווען איינער קומט צו דיר רעדן פון א דריטן זאלסטו יענעם אנכאפן און גיין א טענצל: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", מאך יענעם פרייליך, ווייל בדרך כלל די וואס בארעדן דעם און יענעם - זענען זייער צעבראכענע מענטשן, עס קען זיך דאכטן פאר יונגע מענטשן אז זיי זענען געלונגען, זיי זענען פארשטייערס, אבער ווער עס ווייסט דעם אמת ווייסט אז די וואס זענען פארנומען פירן די וועלט - די זענען בעלי מרה שחורה, זאלסטו יענעם נעמען אין א טענצל, ביז ענק וועלן פרייליך ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - פארוואס איז דער ראש ישיבה שליט"א ברוגז אויף מיר?
מדות טובות, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר אזא גוטע לעבן וואס איך אין מיין ווייב האבן, אלעס א דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א, מיר זענען זייער זייער מכיר טוב דעם ראש ישיבה שליט"א פאר אונזער גוטע לעבן.


איך וויל נישט זיין א כפוי טובה, איך וויל נישט מצער זיין דעם ראש ישיבה שליט"א, אבער נעכטן האב איך געזען אז דער ראש ישיבה שליט"א וויל מיך נישט גריסן, און דאס האט מיר זייער וויי געטון, איך האב אנגעהויבן טראכטן אז דער ראש ישיבה שליט"א איז ברוגז אויף מיר, אבער איך ווייס נישט פארוואס?


איך בעט איבער דעם ראש ישיבה שליט"א אויב איך האב געמאכט צער, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בין איך גריייט צו הערן וואס צו פאררעכטן, ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר זאגן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוי וויי איז מיר אז איך האב דיר געמאכט צער. איך האב דיך אפילו נישט געזען, איך בעט דיר איבער, איך זאג דיר דעם ריינעם אמת, איך האב דיר נישט געזען.


אמאל פאסירט עס ביי מיר אז מען גריסט מיר אבער איך זע נישט דעם מענטש.


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, לערן דיינע שיעורים כסדרן, זיי זיך מתבודד, און זיי מגלה ומפרסם דעם הייליגן רבי'ן פאר אלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - זוכן א שידוך דוקא נאר וואס וועט בלייבן לערנען אין כולל נאך די חתונה?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, מורה דרך, מדות טובות, יראת שמים, כולל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין ליטווישע מוסדות, וואו מען לייגט א שטארקע דגוש אז דער מאן זאל לערנען אין כולל, מיט א שאיפה צו בלייבן ביים לערנען א גאנץ לעבן. איך האב פארשטאנען די גרויסקייט און חשיבות פון לערנען די הייליגע תורה, און איך האב באשלאסן אז דאס איז טאקע וואס איך גיי קוקן ווען איך וועל זוכן א שידוך, איך וועל זוכן א בחור וואס פלאנט צו בלייבן לערנען אין כולל.


ווען איך בין אבער געווארן מקורב צו ברסלב, האב איך פארשטאנען אז מען קען לערנען תורה אויך ווען מען גייט ארויס ארבעטן, איך האב געהערט ביי א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט נישט געהאלטן אז יעדער זאל בלייבן לערנען אין כולל, אויך האב איך געלערנט אין ספר הקדוש אשר בנחל אז אויך מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט פאר אינגעלייט אז זיי זאלן גיין ארבעטן גלייך נאך די חתונה.


יעצט בין איך שוין צעמישט צווישן די צוויי זייטן, איך בין אויפגעוואקסן מיט דעם אז דער עיקר איז תורה און דער מאן דארף בלייבן אין כולל, און ס'איז מיר מאדנע צו טראכטן אנדערש, אבער פון די אנדערע זייט בין איך מקורב געווארן צו חסידישקייט וואו עס איז מער אנגענומען אז דער מאן גייט ארבעטן נאך די חתונה און די פרוי בלייבט אינדערהיים פארנומען מיט די קינדער.


יעצט ווען איך שטיי אין שידוכים, דארף איך באשליסן וועלכע סארט שידוך צו הערן, מעג איך קוקן נאר אויף שידוכים וואס מען טראגט אן פון בחורים וואס פלאנען צו בלייבן לערנען אין כולל, אדער איז דער עיקר צו קוקן אויף מידות טובות און יראת שמים.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען ענטפערן, ווייל איך בין זייער נערוועז פון דעם און ס'איז מיר וויכטיג זיך אויסצוקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען מען גייט צו א שידוך דארף מען קוקן אויף צוויי זאכן, אויף די מידות פונעם מענטש און אויף די יראת שמים; אויב איז דא גוטע מידות אינאיינעם מיט יראת שמים - איז כדאי צו ענדיגן די שידוך, דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף קוקן. אזוי ווי עס שטייט (קהלת יב, יג): "אֶת הָאֱלֹקִים יְרָא וְאֶת מִצְוֹתָיו שְׁמוֹר, כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מורא האבן פון אייבערשטן און טון די מצוות - דאס איז דער עיקר, דאס איז דער גאנצער מענטש.


בנוגע לערנען נאך די חתונה; דאס קען מען נישט וויסן, אזויפיל מאל שטעלט זיך ארויס אז מען הויבט אן לערנען נאך די חתונה, און אמאל דעם וועם מען מיינט אז ער גייט בלייבן לערנען - שטעלט זיך ארויס אז נישט.


אויך איז וויכטיג מען זאל זיך אינטערעסירן אויב דער בחור האט א מורה דרך, אויב ער איז זיך מכניע פאר אן ערליכער רב, ער פרעגט זיינע שאלות און ער פאלגט.


דער עיקר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אייער שידוך. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; נישטא נאך עפעס וואס מען קען טון אויסער תפילה, תפילה איז די עצה פאר א בחור און מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, בעטן די פאר ווערטער דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג"; נאר מיט תפילה קען מען פועל'ן א שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - איך קען אליין רוימען די אויפגעווארפענע מיסט, פארוואס מאכן מחלוקת?
מחלוקת, מדות טובות, ריינקייט, שטעטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען ברוך השם זייער צופרידן און פרייליך אז מיר האבן די זכות צו וואוינען דא אינעם הייליגן שטעטל, וואו מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


ס'האט היינט עפעס פאסירט וואס איך וויל אויף דעם הדרכה עס זאל נישט ווערן קיין מחלוקת. איך האב פיינט מחלוקת און איך וויל נישט עס זאל חלילה ווערן, און איך וויל זיכער נישט האבן קיין חלק אין דעם.


פון מאל צו מאל קומען בערן אדער אנדערע חיות און דרייען איבער די גארבעדזש און מאכן א גרויסע איבערקערעניש און שמוץ, עס האט שוין פאסירט ביי אונז א פאר מאל. די לעצטע צוויי מאל וואס ס'איז געשען האב איך נישט גוט געפילט און איך האב עס נישט געקענט אליינס רייניגן, און מיין מאן איז ברוך ה' זייער פארנומען און עס איז נישט געווארן אפגערייניגט גלייך. בערך א טאג און א האלב איז אריבער באפאר מיר האבן געהאט א געלעגנהייט עס צו רייניגן.


די לעצטע מאל ווען דאס האט פאסירט, באקומט מיין מאן א טעקסט מעסעדזש אינמיטן טאג פון איינע פון די חברי הנהלה וואס שטייט "גארבעדזש", מיין מאן שיקט צוריק "וואס איז מיט דעם?", ענטפערט ער, "עס איז דא גארבעדזש אין פארנט פון דיין הויז", מיין מאן ענטפערט צוריק, "מיינסטו אז איך ווייס נישט??" און ער ענטפערט, "ביטע רוימט עס אויף". ס'האט אונז אמת'דיג געשטערט, פאר צוויי סיבות. ערשטנס, אויב מ'האט עפעס צו זאגן, זאג עס שיין, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס יענער גייט דורך און די וועג ווי אזוי ער האט עס געשריבן האט אונז זייער וויי געטון. די צווייטע סיבה איז ווייל מיר האבן געשפירט אז ער מישט זיך אריין אין אונזער לעבן, אז א האלבע טאג גייט אריבער און די גארבעדזש איז נישט אויפגערוימט מיינט נישט אז מיר גייען עס נישט טון. ס'שטערט אונז זייער שטארק ווען ס'איז דא אן איבערקערניש אין פארנט פון אונזער הויז און מיר דארפן נישט איינער זאל קומען אונז זאגן עס אויפצורוימען, מיר פארשטייען אז ס'קען ארויסקומען א שאדן ווען די גוים וועלן באשולדיגן אלע אידישע איינוואוינער צוליב איין מענטש'ס גארבעדזש וואס א בער האט באשלאסן צו מאכן דערפון א פיינע סעודה, אבער איז דאס דען גענוג א סיבה זיך אריינצומישן אין אן אנדערן מענטש'ס פריוואטע לעבן?!


אבער, אונז האבן עס אראפגעשלינגען און ווייטער געגאנגען. למעשה, היינט איז עס נאכאמאל געשען, א בער האט געמאכט א חורבן פון די גארבעדזש נעכטן נאכט, און מיר האבן נישט געהאט קיין געלעגנהייט עס צו רייניגן ביז די קינדער זענען שוין געווען אין בעט ביינאכט, געווענליך וואלט איך געבעטן די קינדער זאלן עס טון, אבער דאס מאל איז עס ממש געווען אויפ'ן גאס, און עס איז געווען א סכנה פאר זיי. אינדערפרי, ממש געציילטע שעות נאכדעם וואס דער בער האט אלעס איבערגעדרייט, האט דער אינגערמאן נאכאמאל אונז געטעקסט, "ביטע רוימט אויף די גארבעדזש", אפשר איז עס נאריש, אבער ס'האט אונז אמת'דיג געשטערט, ער האט נישט קיין וועג צו וויסן אז ווען ער האט געשיקט יענע טעקסט בין איך געווען אין בעט מיט פיבער, עס שטערט אונז זייער אז ער מישט זיך אריין אין אונזער לעבן, אפילו מיר פארשטיין אז ער טוט עס פאר די טובה פון די שטעטל.


איך האב אים אנגערופן און אים באדאנקט פאר אלעס וואס ער טוט, און געבעטן שיינערהייט אז ער זאל ביטע מער נישט שיקן אזעלכע מעסעדזשעס, מיר וועלן רייניגן אונזער גארבעדש אין די ערשטע געלעגנהייט מיט אדער אן זיין טעקסט, און ס'איז נישטא קיין סיבה צו טשעפען. ער האט געזאגט אז ער טוט עס פאר די קהילה לשם שמים און ער באקומט גארנישט פון דעם און ער שפירט אז ס'איז פאר די טובה פון די קהילה אז ער זאל יא שיקן די טעקסטס, ער האט אויך געזאגט אז עס מאכט א גרויסע חילול השם ווען די גוים זעען עס. ווען איך האב אים געזאגט אז ס'טוט אונז זייער וויי ווען ער שיקט עס, האט ער געזאגט אז אויב מיר ווילן קען ער בעטן א צווייטן אז יענער זאל שיקן די טעקסט, איך האב אבער נישט דאס געמיינט, איך האב אים געזאגט "איך האב גערופן בעטן אז מען זאל מער נישט שיקן אזעלכע טעקסטס", זאגט ער מיר, "דאס קען איך נישט טון. איך טו עס לשם שמים פאר די טובת הכלל און ס'איז נישטא פארוואס צו מאכן אזא מצב פון דעם, מען דארף פשוט אויפהויבן די גארבעדזש און נישט מאכן קיין דראמא", איך האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאן צעמישט און פארווייטאגט, "חילול השם" און "טון לשם שמים" זענען היתרים צו וויי טוהן אן אנדערן מענטש?!


איך פרוביר זיך צו דערמאנען און געדענקען אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אבער דער אמת איז אז איך קען נישט אויפהערן איבערצוטראכטן די גאנצע מעשה נאכאמאל און נאכאמאל, ער האט אונז אמת'דיג וויי געטון, עס שפירט אזוי ווי איינער לייגט אריין זיין נאז אין אונזער פענסטער צו זען וואס מיר טוען, עס איז נישט קיין גוטע געפיל אז איינער זאל אונז נאכלויפן צו טון זאכן וואס מיר ווייסן אליין אז מיר דארפן עס טון און מיר וועלן סיי ווי עס טון גלייך ווען מיר קענען, און נאך מער אז מען זאגט עס נישט שיין.


איך שפיר זיך באמת שלעכט צו שטערן דעם ראש ישיבה שליט"א מיט אזעלכע מעשיות, די איינציגסטע סיבה פארוואס איך שרייב איז ווייל איך וויל נישט עס זאל זיין שווערע געפילן צווישן אנשי שלומינו, און זיכער נישט אויב איך בין א חלק דערפון חס ושלום, איך האב פיינט מחלוקת און איך בעט דעם אייבערשטן זייער אסאך אז איך זאל נישט טראכטן שלעכטס אויף קיינעם. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א אונז ארויסהעלפן?


יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז אלעמאל.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס אייך נישט וואס צו ענטפערן, אויב מען רופט אייך פון די הנהלה ענק זאלן צוזאמנעמען די גארבידזש הייסט מחלוקות - ווייס איך נישט וואס צו זאגן... ווי קומט אריין מחלוקות? ווי קומט אריין אריינשטעקן די נאז ביי יענעם אין פענסטער? מיר קוקן נישט אריין אין אייער פענסטער קוקן ווי אזוי די שטוב ביי אייך זעט אויס און מיר זאגן נישט וועגן די גראז ארום אייער שטוב, אויב עס איז דא דארט מיסט; מיר בעטן סך הכל, נעמט צוזאמען די גארבידזש פון די שאסיי.


אז מען שטייט אויף אינדערפרי און מען זעט א בער האט איבערגעדרייט די מיסט און עס איז ארומגעווארפן ארום די שאסיי - איז נישטא קיין 'גיין אין שול דאווענען', נישטא קיין 'גיין ארבעטן', נישטא די תירוצים 'שפעטער' 'באלד' 'מארגן', נישטא גארנישט; מען איז מחויב צוזאמצונעמען די מיסט, און אויב מען טוט דאס נישט - איז מען גורם שאדן פאר אונז אלע. די גוים די שכינים האבן אויף אונז קיין איין שלעכט ווארט צו זאגן - ביז ריינקייט, זיי שיקן ארום בילדער, זיי פארשעמען אונז אויף סאושעל מידיע, אז די אידן זענען שמוציג; דאס איז דאך א ווארט וואס מען זאגט אויף אידן, 'שמוציגע', און זיי ווייזן בילדער, זיי זאגן אז מיר ברענגען דא חיות, און ווען מיר דארפן נושא חן זיין ביי זיי צו באקומען רשות פאר די עתיד פון שטעטל, צו בויען מוסדות וכו' - זאגן זיי: "קודם נעמט צוזאמען אייער מיסט", זיי פארשעמען אונז.


'ביטע נעמט צוזאמען די מיסט' - איז מחלוקות? 'ביטע נעמט צוזאמען די מיסט' - איז א זאך וואס איך וואלט אויך געשריבן, און ווען איך וואלט געוואוסט וואס טוט זיך ביי אייך היינט - וואלט איך אהינגעפארן דאס צוזאמנעמען.


איך בין געווען אפאר וואכן צוריק אויפן וועג צו די חדר, די מלמדים האבן געווארט אויף מיר, און איך פאר אריבער א שטוב וואו דער בער האט אויסגעווארפן די מיסט אויפן שאסיי, האב איך אלעס אפגעשטעלט און איך האב דאס אלעס צוזאמגענומען. פארשטייט זיך מענטשן זענען אריבערגעפארן און געזען ווי דער ראש ישיבה נעמט צוזאמען מיסט, האבן זיי זיך אלע אפגעשטעלט מיר העלפן, האב איך זיי געזאגט: "יעצט געב איך נישט אוועק די מצוה, אז איר ווילט מיר העלפן קענט איר דאס טון איידער איך טו דאס".


זייט מיר מוחל, איך זע נישט דא קיין מחלוקות, איך זע נישט דא קיין אריינשטעקן די נאז ביי יענעם. די חברי הנהלה זענען טייערע אינגעלייט וואס ארבעטן פיר און צוואנציג שעה בלי גוזמא פאר דער עתיד פון די שטעטל, זיי מאכן גארנישט פון דעם, מען האט אויף זיי נאר טענות. ווען אלע גייען אהיים נאך א טאג ארבעט פארברענגען מיט די ווייב און קינדער - זענען זיי פארנומען מיט השתדלות ביי אלע אפיסעס; איך אליינס טו נישט אזוי סאך ווי זיי טוען פאר אונז.


'ביטע נעמט צוזאמען די מיסט' - איז נישט געשריבן? עס איז די שענסטע וועג ווי אזוי מען קען יענעם העלפן. איין זאך טראכט איך, איך וועל זיי בעטן זיי זאלן ענדערש אנרופן דעם מענטש - ווי שרייבן א מעסעדזש, ווייל א מעסעדזש קען מען ליינען אויף צוויי וועגן; אויב דער מענטש איז נערוועז און אנגעצויגן - ליינט מען דאס נעגעטיוו, כאילו איינער טיילט מיר איין וואס צו טון, און אויב מען איז אין א גוטע גיסטע, מען טראכט גוט, מען טראכט 'קוק ווי שיין די שטעטל פירט זיך, מען זארגט פאר אונזער טובה, מיר זאלן נישט פארשעמט ווערן פון צווישן די גוים און אויך צווישן אנשי שלומינו, מען דערמאנט אונז אזוי שיין אז מען זאל צוזאמנעמען די מיסט', איז אפשר זאל מען ענדערש אנרופן יענעם.


איך וויל זייער די בריוו זאלן אלע ליינען און אלע זאלן וויסן אז אויב עס איז שמוציג אויפן שאסיי - איז דאס א געפערליכע זאך, מען פארשעמט זיך און מען פארשעמט אלעמען. אפילו אידן וואס פארן אריבער זאגן: "ברסלב'ע שמוציגע מענטשן", קיינער ווייסט נישט אז מענטשן אין שטוב האבן פיבער וכו' וכו', די פלעק בלייבט.


אויב די מיסט איז אויסגעשפרייט ביי א משפחה וואס פירן זיך ערליך, דער מאן לערנט און דאווענט און די ווייב גייט אנגעטון בצניעות - איז די אחריות פי כמה, ווייל אלע זאגן 'קוק אן די מענטשן ווי זיי פירן זיך'.


איך בעט אייך זייער, קיינער מאכט נישט קיין מחלוקות און קיינער זוכט ענק נישט איינצוטיילן ווי צו לעבן; געבט אכטונג אויף אונזער נאמען עס זאל נישט ווערן פארשעמט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#20 - פארוואס פייניג איך און איך טשעפע אזויפיל מיין מאן?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א שלעכטע ווייב, מיין מאן איז א נשמה'לע נעבעך, איך האלט עס נישט אויס פאר אים.


אונזער בעיבי וועקט אונז אויף זייער אסאך אינמיטן נאכט, לעצטע וואך איין נאכט האט די בעיבי אונז אויפגעוועקט, און מיר זענען ביידע געווען זייער נערוועז, רוף איך מיך אן צו אים, "אזעלכע עקלדיגע מידות קומט ארויס פון דיר ווען דו ביסט פארשלאפן", האט ער מיר געענטפערט "איך בין נישט געווען אזוי ווען איך האב חתונה געהאט, דו האסט מיך אזוי געמאכט".


איך בין געבליבן שטיל מיט טרערן אין מיין האלז. עס האט מיר אזוי געשטאכן, ווייל איך ווייס ווי אמת עס איז, איך פייניג אים. היינט האבן מיר געהאט א טענה'ריי, איך האב אים גוט וויי געטון. רופט ער זיך אן ״איך גיי אנהויבן זיך אויפפירן אנדערש", האב איך געזאגט, "דעמאלט גייסטו בלייבן אליינס שנעלער ווי דו מיינסט", זאגט ער, "אפשר ווען איך וועל זיין אליין וועל איך מער אויפטון אויף דער וועלט", ער זאגט "אלס בחור פלעג איך לערנען און דאווענען און זיין פרייליך". אוי טוט דאס וויי, איך וויין יעצט פון מיך אליין.


איך דארף הילף, איך דארף אן עצה, איך האב א קראנקע מחלה פון שלעכטע מידות, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך בעט דעם אייבערשטן אויף דעם, אבער איך זע נישט אז עפעס זאל זיך רוקן, איך הער און איך קען אלע שיעורים, איך ווייס אז איך דארף אים שעצן און ליב האבן און זיין א קלוגע פרוי, איך ווייס פונקטליך וואס איך דארף ווען זיין, איך קען זיך אבער נישט העלפן, ער ווערט נעבעך געפייניגט, איך האלט עס נישט אויס.


אוודאי ווערט ער נערוועז יעדעס מאל ווען איך רוף אים, איך וואלט אויך געווארן נערוועז פון מיך אליינס. ער איז אזוי וואויל אז ער טוט מיר גארנישט צוריק. איך בין געקומען זוכן הילף, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויסארבעטן די מידות - איז זייער וויכטיג, און אז מען ארבעט דאס נישט אויס אין די יונגע יארן - איז שפעטער זייער שווער דאס לעבן; א רחמנות פאר די קינדער וואס מען איז זיי נישט מחנך, עס איז זיי שפעטער ביטער אין לעבן.


דער פסוק זאגט: "וְעַיִר פֶּרֶא אָדָם יִוָּלֵד" (איוב יא, יב), א מענטש ווערט געבוירן מיט שלעכטע מידות, ווי אן אייזל אן שכל; מען מיינט 'אלעס קומט זיך מיר', מען מיינט 'יעדער קומט מיר', און עס ליגט א פליכט אויף עלטערן אויסצולערנען די קינדער צו וויסן אז 'נישט אלעס וואס מען וויל - באקומט מען', און אז 'קיינער קומט מיר גארנישט'.


שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂךְ שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ", עלטערן וואס מוסר'ן נישט די קינדער - די האבן פיינט זייערע קינדער, "וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר", און די עלטערן וואס מוסר'ן די קינדער - די האבן ליב זייערע קינדער; ווייל די עלטערן וואס מוסר'ן נישט זייערע קינדער - וועלן די קינדער ארויסגיין לתרבות רעה, השם ישמרינו.


אז מען האט אייך נישט געהאלפן אלס קינד אויסארבעטן די שווערע נאטורן, מען האט אייך אלעס נאכגעגעבן - איז פאר אייך געבליבן איין עצה, בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך ער זאל רחמנות האבן אויף אייך און אייך העלפן אויסארבעטן די מידות; איר זאלט רעדן שיין צו אנדערע און בפרט צו אייער מאן, איר זאלט וויסן אז קיינער קומט אייך גארנישט און וואס איר האט - איז אלעס נאר מתנות; ווייל אז מען איז שלעכט צום מאן, מען רעדט נישט שיין, מען פארלאנגט א גאנצן צייט - קען מען בלייבן אליין השם ישמרינו.


דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, אות טז) ווען ער האט געהאט זיינע שווערע נסיונות - איז ער געווען אין א גרויסע סכנה, "הָיָה צוֹעֵק לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מְאֹד", ער האט געשריגן צום אייבערשטן, "עַד שֶׁזָּכָה לְהִתְגַּבֵּר עַל יִצְרוֹ וּלְהִנָּצֵל", ביז ער האט זיך געקענט שטארקן אויף זיין יצר הרע און ווערן געראטעוועט, ביז ער האט זיך אינגאנצן אויסגעארבעט.


איך האב געזען מענטשן וואס זענען געווען בטבע שלעכט, פרעכע בעלי גאווה, און מיט די עצה פון התבודדות האבן זיי זיך אויסגעארבעט און געווארן גוט; זיי האבן גענומען דעם הייליגן רבינ'ס עצות ערנסט, זיי האבן געבעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן, זיי האבן זיך מתבודד געווען, געשריגן צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך בין א שלעכטער, הייליגער באשעפער געב מיר גוטע נאטורן, מאך מיך רעדן שיין צו אנדערע, געב מיר א גוטע הארץ, א ריינע הארץ", און זיי האבן זיך אינגאנצן געטוישט צום גוטן.


וועט איר נעמען ערנסט דעם רבינ'ס עצה, איר וועט יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן - וועט איר זיכער זיך טוישן, איר וועט ווערן א גוטער, איר וועט האבן שלום בית און די שכינה וועט רוען ביי אייך אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - מעג מען אויסלערנען פאר קינדער צוריק צו שלאגן?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און הדרכה, ספעציעל וועגן חינוך הילדים, אלס א מאמע צו מיינע טייערע קינדערלעך העלפט מיר דאס זייער אסאך ארויס, און צוביסלעך כאפ איך מער און מער ווי אזוי מען דארף רעדן און האנדלען מיט די קינדער.


איך האב געהערט א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט איבער א פעשע אינגל וואס האט געזאגט פאר מוהרא"ש אז קינדער טשעפען אים, און מוהרא"ש האט אים געזאגט אז ער זאל טיילן פעטש, און פון דעמאלט האט מען אים אויפגעהערט טשעפען, דער ראש ישיבה שליט"א האט מסביר געווען אז ווען א קינד האט נישט קיין זעלבסזיכערקייט לאזט ער זיך טשעפען און שלאגן פון יעדן איינעם, און מען דארף אים געבן די שטארקייט.


איך בין נישט קלאר אין דעם, איז דאס די וועג בכלליות אזוי אויסצולערנען פאר קינדער, צום ביישפיל אויב איז דא א מיידל וואס ציפט כסדר מיין טאכטער, זאל איך אויסלערנען מיין מיידל איר צוריק צו געבן א ציפ? אויב א צווייטע מיידל טאנצט ארויף אויף איר, זאל זי איר צוריק טון די זעלבע?


איין טאג האט מיין אינגל מיר דערציילט אז אנדערע קינדער האבן אים געטשעפעט און חוזק געמאכט, סתם קינדעריש גערעדט נאריש, און איך האב אים געזאגט אז ער קען צוריק טון די זעלבע זאך פאר זיי, ער האט זייער הנאה געהאט פון דעם געדאנק, מיין שאלה איז נאר אויב איז טאקע ריכטיג אזוי אויסצולערנען פאר קינדער, צו נקמה נעמען און שלאגן? עס זעט מיר נישט אויס ווי דאס איז א וועג ווי א איד מעג זיך פירן.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן די ריכטיגע הדרכה אין דעם ענין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי און אודאי דארף מען אויסלערנען די קינדער מידות טובות און נישט טון נקמה, אבער אז עס קומט א קינד מיט שלעכטע נאטורן און טרעפט א שוואכע קינד און טוט אים מזיק זיין - דארף מען זיך אליין ראטעווען, און עס שטייט קלאר אין די פוסקים (חושן משפט סימן תכא, סעיף י): "יש לו רשות לשני לחבול, כדי להציל עצמו בו", מען מעג יענעם שעדיגן כדי זיך צו באשיצן.


אז אייער זון אדער טאכטער דערציילט טאג נאך טאג אז א קינד טוט אים רודפ'ן - דארף מען דאס קודם פעסטשטעלן אויב איז דאס נישט קיין דמיון, און אז מען זעט אז דאס איז אמת - פרובירט מען מיט גוטן, אדער רעדט מען צו יענעמ'ס עלטערן, אדער איז מען יענעם משחד מיט נאשערייען, און אז עס העלפט נישט - דארף מען אויסלערנען דאס קינד זאל יענעם געבן טועם זיין פון די מאכלים וואס ער קאכט.


מוהרא"ש זכות יגן עלינו האט דערציילט, דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט אמאל אפגעשטעלט דאס אויפנעמען די מענטשן, ווען א פרוי איז אריינגעלאפן מיט א געוויין אז איר מאן שלאגט איר און דער רבי געררופן דעם גבאי ר' יוסל אשכנזי ער זאל שוין גיין רופן איר מאן. ווען ער איז געקומען האט דער רבי גענומען דעם שטעקן, ער האט אים אנגעהויבן געבן מכות און געזאגט: "מן הסתם האסטו נאך קיינמאל נישט פארזוכט קלעפ, וויל איך דו זאלסט שפירן ווי אזוי דאס שפירט ווען דו שלאגסט דיין ווייב".


אזוי אויך ביי קינדער, אמאל קען זיין אז די קינדער וואס שלאגן, ציפן און טשעפען האבן נאכנישט פארזוכט דעם טעם, דארף מען זיי דאס געבן צו שפירן.


לערנט אויס אייערע קינדער קיינמאל נישט טשעפען אנדערע, קיינמאל נישט וויי טון אנדערע, און אויב איינער האט וויי געטון אדער געטשעפעט - טאר מען נישט מאכן קיין נקמה, אבער בשעת מעשה ווען איינער שלאגט, ציפט - מעג מען זיך באשיצן.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר גוטע קינדער. מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט ער געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפולט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - וואס טוט מען ווען א געלט-גייער רעגט זיך אויף?
מדות טובות, בזיונות, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איין טאג בין איך געשלאפן אויפ'ן קאוטש און איינער האט געקלינגען ביים טיר, מיין זון איז געגאנגען צום טיר און אן ארץ ישראל'דיגער איד זאגט אים "רוף דיין טאטע", איך האב פארשטאנען אז ער גייט נאך געלט, האב איך געגעבן פאר מיין זון א דאלער אים צו געבן.


ווען מיין זון האט אים עס געגעבן, זאגט ער אים ש'כח און ער געבט אים צוריק צוויי דאלער, און ער געבט א זאג "שלעכטע מענטשן וואוינען דא", און איך האב אים געזען פון די פענסטער אוועקגיין.


דארף איך זיך צוטון מאכן? האב איך אים געדארפט נאכלויפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט פארשטיין, אסאך פון די ארץ ישראל'דיגע געלט גייערס וואס קומען קיין אמעריקע - זענען זייער דערביטערט; זיי וואלטן געוואלט זיין אין שטוב מיט די משפחה, זיי שלעפן זיך ארום אין די פרעמד קלייבן א דאלער נאך א דאלער פאר די חובות פון חתונה מאכן די קינדער; מען דארף זיי דן זיין לכף זכות און רעדן שיין צו זיי.


איך האב אמאל מיטגעהאלטן א מעשה, א איד פון ארץ ישראל איז געקומען קלייבן געלט אין די כולל וואו איך האב געלערנט נאך מיין חתונה, און איינער פון די כולל אינגעלייט האבן אים געגעבן א פרוטה. דער משולח איז ארויס פון די גלייזן, ער האט זיך פארלוירן; ער האט אנגעהויבן ווארפן זיין גאנצע געלט אין די לופט, עס איז געווען זייער ווייטאגליך דאס צו זען.


פון היינט אן, ווען דו געבסט צדקה - זאלסטו איבערבעטן די געלט גייערס, זיי זאגן: "מיר האבן נישט מער, אז מיר וועלן האבן וועלן בלי נדר געבן שענערע סכומים". און אויך זיי ברענגען טרינקען; זומער ווען זיי גייען אין די היצן - זיי ברענגען א קאלטע טרינק, און ווינטער ווען זיי גייען אין די קעלט - זיי ברענגען עפעס ווארעמס; וועסטו זוכה זיין צו די אלע ברכות וואס די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא ט:): "והמפייסו בדברים מתברך באחת עשרה ברכות", עיין שם.


וואויל איז דעם וואס רעדט שיין און בעט איבער די געלט-גייערס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#17 - וואס טוט מען מיט חילוקי דעות צווישן עלטערן ווי אזוי מחנך צו זיין?
שלום בית, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אזוי, מיין זעקס יעריגע טאכטער איז זייער אן אומצופרידענע, ווי אויך פארגינט זי נישט ווען איר שוועסטער אדער שכן וכדומה באקומט עפעס, ווען דאס געשעט פרוביר איך צו זיין שטרענג און איר מסביר זיין אז מען קען נישט אלעס האבן וואס א צווייטער האט, און דאס גלייכן.


זי גייט צי א טערעפיסט אין שולע, מיין ווייב האלט איז זי דארף עס האבן וועגן אירע שווערע נאטורן, די טערעפיסט האט געזאגט אז מען טאר נישט זיין שטרענג מען דארף נאר ארויס ווייזן מיטלייד צו איר, כדי איר צו ווייזן אז מען פארשטייט איר.


אסאך מאל ווען איך ווער שטרענג מיט איר, איך שלאג נישט ברוך ה', געבט מיר מיין ווייב א וואונק אז איך זאל אויפהערן און נאר שאקלען מיט'ן קאפ און איר געבן גערעכט פאר אלע אירע טענות און פראבלעמען, איך וויל וויסן וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג ווי אזוי דאס צו האנדלען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווילסט וויסן דער סוד צו האבן גוטע קינדער? תפילה איז דער סוד פאר גוטע קינדער; אז דו ווילסט האבן גוטע קינדער זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן פאר זיי.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג דערציילן די מעשה פונעם חפץ חיים. אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און ארויסגענומען פון ספרים שאנק אן אלטע תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


עס איז זייער וויכטיג אז דו און דיין ווייב זאלן זיין מיט איין דעה בנוגע די קינדער, דאס איז וויכטיגער פון אלעס; שלום בית איז זייער וויכטיג פאר די געזונט פון די קינדער, קינדער וואקסן אויף זיכער און געזונט ווען די עלטערן זענען איינשטימיג, ווען די עלטערן קריגן זיך נישט.


דעריבער איז זייער וויכטיג אז דו און דיין ווייב זאלן מחליט זיין ווי אזוי אומצוגיין מיט דעם קינד, ווי אזוי צו באהאנדלען די שווערע נאטורן. אידישע קינדער האבן א תורה, אונזער וועג איז נישט ווי די טערעפיסטן לערנען, די תורה וועג איז יא מחנך זיין די קינדער, זיי אויסלערנען דרך ארץ און טון וואס איז ריכטיג, און ווען קינדער פארפירן און ווילדעווען - דארף מען זיי אויסלערנען דרך ארץ.


אבער דאס קענסטו טון אז דיין ווייב איז מיט דיר, אז זי פארשטייט אויך אז דאס איז די אמת'ע וועג, זי וויל פירן א שטוב אזוי ווי אלע אידישע שטיבער; דער טאטע איז שטרענג, ער איז מחנך, און די מאמע קומט אריין מיט די גלעט און ווייכע ווערטער וכו'. אבער אז זי וויל גיין מיט די לינקע וועג פון גארנישט זאגן פאר די קינדער, זיי לאזן אויפוואקסן מיט די שלעכטע נאטורן - דעמאלט וועט דאס קינד זיין די כפרה הינדל צווישן דיר און דיין ווייב.


דער עיקר זאלסטו זען עס זאל זיין שלום אין שטוב, זיך נישט קריגן מיט דיין ווייב; דעמאלט וועט שוין זיין נחת און אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - וואס טוט מען ווען מען האלט אינאיין טשעפען אונזער קינד?
קינדער, חברים, מדות טובות, שכנים, טשעפען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר פאר אלע דרשות, עצות, און בריוו, עס האט ממש געטוישט מיין לעבן און עס ווערט נאר שענער און שענער.


מיר וואוינען אין א געגנט מיט נישט צופיל אידישע שכנים, איינער פון די שכנים האט א מיידל אין די זעלבע עלטער ווי אונזער, און די מיידלעך גייען אויך אין די זעלבע שולע. יענע מיידל מיט איר מאמע האבן זיך גענומען אויף מיין טאכטער'ס ביינער, די מאמע העצט אונטער איר טאכטער צו טשעפען אונזער טאכטער, זי נעמט צוזאם אנדערע מיידלעך פון געגנט און זיי מאכן חוזק פון איר טאג איין טאג אויס.


ווען מען פרעגט די עלטערן אויב אונזער טאכטער האט עפעס שלעכט געטון, האבן זיי גארנישט צו ענטפערן. מיר האבן אויך פרובירט צו רעדן מיט די פרוי וואס די שולע האט ספעציעל געשטעלט אויף די זאך פון טשעפען אבער עס איז נישט דא מיט וועמען צו רעדן. מיר בעטן אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, מיר זאלן קענען לעבן בשלום ובשלוה מיט יעדן.


איך האב פרובירט עטליכע מאל צו רעדן שיינערהייט מיט די עלטערן אז עס זאל זיך שוין אויפהערן, דערווייל האט עס אבער נאר געמאכט ערגער, אונז האלטן עס שוין מער נישט אויס.


קען אפשר דער ראש ישיבה אונז געבן אן עצה ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט דעם פראבלעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס מאכט זיך ליידער ביי אסאך - די סארט פראבלעם, ווען צווישן די קינדער איז דא איינער וואס גרויסט זיך אויף אנדערע, און מען נעמט א קינד פאר א ציל-ברעט, מען טשעפעט אים און מען פייניגט אים רחמנא לצלן.


ווען דיין טאכטער גייט אראפ זיך שפילן, שיק איר אראפ מיט נאש און מיט שפילצייג, געימס וכדומה, אזוי וועלן די קינדער זיך וועלן שפילן מיט איר. אויך זאלסטו רעדן מיט איינער אדער צוויי שכנים וואס האבן נישט ספעציעל עפעס קעגן דיר, זיי דערציילן אז מען טשעפעט דיין טאכטער, וועלן זיי מחנך זיין זייערע קינדער זיך צו שפילן מיט דיין טאכטער.


ועל כולם בעט דעם אייבערשטן פאר די קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן געזונט און ערליך. בעט דעם אייבערשטן מען זאל זיי נישט טשעפענען און זיי זאלן נישט טשעפענען אנדערע; תפילה איז שטערקער פון אלסדינג, תפילה איז שטערקער פון שכל, שטערקער פון טבע; מיט תפילה זעט מען ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - פארוואס נאר שרייען, פארוואס נישט רעדן שיין?
שלום בית, מדות טובות, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף די חיזוק און עצות.


מיין מאן ווייסט נישט בכלל אז מען קען רעדן צו מיר, ער קען נאר שרייען אויף מיר, און דער חידוש איז אז אין די זעלבע צייט וואס ער שרייט אויף מיר, און פונקט דעמאלט טרעפט ער זיינ'ס א גוטער חבר, רעדט ער צו יענעם זייער שיין, כאילו ס'איז גארנישט געווען פאר א סעקונדע צוריק, איך ווער זייער שטארק באליידיגט דערפון.


אויך ווייסט ער קיינמאל פון אזא זאך פון איבערבעטן, ער ווייסט נאר אז איך דארף שווייגן און נישט רעדן. איך ווייס נישט וואס צו טון, איך שפיר אז מיינע כוחות לאזן זיך אויס מער און מער פון טאג צו טאג.


מיר זענען שוין געווען איבעראל, ביי די גרעסטע יועצים, קיינעם האט ער אבער נישט געהאלטן ביים פאלגן. איך האב טאקע אויך געהאט וואס צו פאררעכטן, און איך האב טאקע שטארק געארבעט אויף מיר זיך צו טוישן, ברוך ה' איך האב אים ליב אזוי ווי ער איז, אבער די זאך פון שרייען אויף מיר בין איך נישט מסוגל צו פארנעמען, איך דארף האבן איינעם וואס זאל רעדן צו אים שטרענג, איך קען עס מער נישט אויסהאלטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, י"ג אדר ב', תענית אסתר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב תחי' האט געשריבן אז זי האלט נישט אויס ווי אזוי דו רעדסט צו איר, דו רעדסט צו איר נישט שיין; זי הערט ווי דו רעדסט מיט חברים אזוי בא'טעמ'ט, אזוי זיס און צו איר רעדסטו נישט שיין.


דו ווייסט דאך, דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", דער רבי האט געזאגט, מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו', און רבי נתן שרייבט (שם, סימן רסג): "סִפֵּר לִי אֶחָד שֶׁהָיָה מֵשִׂיחַ עִמּוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", איינער האט מיר פארציילט אז ער האט געהאט א שמועס מיט'ן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "אָמַר, שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער רבי האט געזאגט אז דאס איז מעשה בעל דבר. דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


בעט איך דיר זייער, רעד שיין צו דיין ווייב, געב אכטונג אויף איר כבוד, רעד צו איר אזוי ווי מען רעדט צו א חשוב'ן מענטש. עס איז א גרויסע סכנה אויב מען טשעפעט די ווייב און זי וויינט, מען פארלירט אלעס, מען ווערט ארעם, מען ליידט נאכדעם אסאך אין לעבן. די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", א מענטש זאל זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען זיין ווייב, "שֶׁמִּתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה אוֹנָאָתָהּ קְרוֹבָה", ווייל זי וויינט זייער שנעל, און אויב זי וויינט באקומט מען נאכדעם א שטראף.


בעט איבער דיין ווייב; הויב אן לעבן ווי ערליכע אידן לעבן, רעד צו איר שיין און ווייך.

#14 - וואו איז די חז"ל אז א בת קול האט געזאגט אויף דוד המלך "ער רופט מיר טאטע"?
מחלוקת, תפילה והתבודדות, אשר בנחל, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה פון די שיינע שיעורים, יישר כח


איך האב געהערט ביי א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אין די סוכה, איבער דעם וואס מוהרא"ש זי"ע ברענגט אין אשר בנחל א מדרש אויפ'ן פסוק "הוא יקראינו אבי אתה", אז די סנהדרין האבן געוואלט אויסשליסן דוד המלך פון כלל ישראל, און ס'איז ארויסגעקומען א בת קול פון אונטער זייערע בענקעלעך "ער רופט מיר טאטע - הוא יקראינו אבי אתה".


איך האב געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר צוצוכיינען וואו מוהרא"ש זי"ע שרייבט דאס אין אשר בנחל, ווייל דאס ווארט איז א מורא'דיגע זיסע ווארט, און איך האב פרובירט צו זוכן דעם מאמר חז"ל, און דערווייל האב איך עס נאכנישט געקענט טרעפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו דערמאנסט מיר מיינע ערשטע יארן, תחילת התקרבותי אין היכל הקודש, ווען איך האב געהערט די ווערטער פון מוהרא"ש. דאס האט אזוי געשטארקט מיין התבודדות, עס האט מיר געגעבן אזויפיל כח צו פרובירן רעדן צום אייבערשטן און זאגן נאר די איינע ווארט: "טאטע, טאטע!"


ווי הויך און חשוב איז אין הימל ווען מען זאגט צום אייבערשטן: "טאטע!" דער מענטש וואס איז זיך מתבודד, ער רעדט צום אייבערשטן, ער בעט דעם אייבערשטן וואס ער דארף אזוי ווי א קינד רעדט צו זיין טאטע - שטייט העכער פון אלעמען, העכער פון די סנהדרין וואס זיי זענען די העכסטע, ער איז העכער פון זיי, ווייל (תהלים פט, כז): "הוּא יִקְרָאֵנִי אָבִי".


קוק אריין אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק ח, מכתב תתקכ), איינער פרעגט מוהרא"ש די שאלה: "חִפַּשְׂתִּי בְּכָל הַמִּדְרָשִׁים, וְלֹא מָצָאתִי אֶת הַמִּדְרָשׁ הַנּוֹרָא שֶׁמּוּבָא כִּמְעַט בְּכָל סֵפֶר שֶׁנִּדְפַּס מִמּוֹהֲרֹא"שׁ שְׁלִיטָ"א - עַל הַפָּסוּק בִּתְהִלִּים: 'הוּא יִקְרָאֵנִי אָבִי'", איך האב געזוכט אין אלע מדרשים די וואונדערליכע מדרש וואס מוהרא"ש ברענגט שטענדיג אויפ'ן פסוק 'הוא יקראנו אבי', אז ווען די סנהדרין האבן געוואלט דן זיין דוד המלך, מען האט אים געוואלט פסל'ן פון זיין א איד - איז ארויס א בת קול פון אונטער זייער בענקל און געזאגט, איר זענט אים דן? ער רופט מיר טאטע! דער פרעגער פרעגט: "יָגַעְתִּי וְלֹא מָצָאתִי", איך האב געזוכט און נישט געטראפן, "אֶהְיֶה אָסִיר תּוֹדָה, אִם הַצַּדִּיק יַחֲזִיר לִי תְּשׁוּבָה - הֵיכָן נִמְצָא הַמַּאֲמָר הַזֶּה", איך וועל זיך זייער פרייען אויב מוהרא"ש וועט מיר ענטפערן וואו דאס שטייט.


און מוהרא"ש ענטפערט אים, עס איז א מדרש אין אוצר המדרשים, אז דוד המלך איז געראטעוועט געווארן דורך דעם וואס עס איז ארויס א בת קול און געזאגט פאר די סנהדרין: "איר ווילט זאגן אויף דוד המלך ער איז נישט קיין איד? ער רופט מיר טאטע!" און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן.


אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (יבמות עו:) אז דואג האדומי האט געזאגט פאר שאול המלך, איידער דער קעניג אינטערעסירט זיך אויף דוד אויב ער איז פאסיג צו זיין א קעניג, זאל מען ערשט מברר זיין אויב ער איז בכלל ראוי צו זיין א חלק פון כלל ישראל, ווייל ער שטאמט פון רות המואביה. דואג האדומי איז געווען פון די בית דין פון שאול המלך, ער האט געוואלט פסל'ן דוד המלך לבוא בקהל וכו', און אזוי אויך אחיתופל, אבער ביים סוף זענען זיי געשטארבן מיט א מיתה משונה.


מוהרא"ש פירט אויס: "וואויל איז דער וואס געבט אכטונג נישט וויי צו טון א צווייטן איד, ער טשעפעט נישט קיינעם; ווייל דער וואס רודפ'ט א צווייטן וועט ביים סוף שטארבן מיט א מיתה משונה, ער ווערט פארשעמט ווערן פאר אלעמען, אזוי ווי דואג און אחיתופל".


מוהרא"ש ענדיגט דעם בריוו: "אַשְׁרֵי הָאָדָם שֶׁזּוֹכֶה תָּמִיד לְהִתְחַבֵּא אֵצֶל הַקָּדוֹשׁ־בָּרוּךְ־הוּא", וואויל איז דעם מענטש וואס באהאלט זיך ביים אייבערשטן, "שֶׁאָז הַקָּדוֹשׁ־בָּרוּךְ־הוּא בְּעַצְמוֹ יִשְׁמֹר עָלָיו, וְיַפִּיל אֶת שׂוֹנְאָיו לְפָנָיו", וועט אים דער אייבערשטער אליינס אפהיטן פון אלעם שלעכטס און זיינע פיינט וועלן האבן א מפלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - ווי אזוי קען איך פועל'ן ביי מיין מאן ער זאל מיר נישט פארשעמען?
שלום בית, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף די שיינע שיעורים פאר פרויען, עס איז זייער זייער מחזק.


אזוי ווי דער ראש ישיבה רעדט אסאך פון טעראפי, ווי נישט גוט דאס איז, און איך מוז מודה אז דאס איז טאקע נישט גוט, נאכדעם וואס מיר זענען געגאנגען צו א שיינע פאר טעראפטיסטן אין די לעצטע פאר יאר זייט אונזער חתונה, אבער דערווייל אין אונזער שלום בית גארנישט בעסער געווארן מיט קיין שום זאך.


מיין מאן האט נישט צופיל געדולד פאר מיר, און ס'גייט אזוי ווייט אז ער קען מיר צוקלאפן און פארשעמען אין פארנט פון זיין משפחה. איך בעט זיך שוין אזויפיל מאל ביי אים ער זאל אויפהערן דאס צו טון, און ס'העלפט נישט, ביז איך האב שוין אויפגעהערט צו זאגן, נאר ווען ס'איז שוין געגאנגען ממש פייער אין שטוב,


היינט קען איך אים שוין עס גלייך זאגן, אבער ער פארשעמט מיר כסדר אן אויפהער, עד כדי כך אז עס איז מיר שווער צו גיין צו זיין טאטע אויף שבתים, און ווען איך זאג אים דאס ווערט ער נאך מער נערוועז.


איך האב נאך אסאך וואס צו רעדן, ווייל באמת וויל איך א שיינע שטוב, ווייל איך האב זייער ליב מיין מאן, אבער איך שפיר א גאנצע צייט אז עס האקט זיך אריין אין א וואנט.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר קענען ענטפערן און ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די שליסל פאר שלום בית איז צו זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן; ווי מער מען עפנט זיך איינער צום צווייטן - ווערט מען נענטער, און די ליבשאפט ווערט שטערקער.


אז אייער מאן טוט אייך וויי, ער איז אייך מצער - זאלט איר אים זאגן ווי שטארק עס באדערט אייך אז ער רעדט צו אייך מיט געשפעט, איר זאלט אים זאגן: "איך ווער זייער וויי געטון פון די וועג ווי אזוי דו רעדסט צו מיר"; זאגט אים ווי שטארק איר האט אים ליב און ווי שטארק איר ווילט זיין מיט אים, וועט ער זיכער אנהייבן אכטונג געבן ווי אזוי ער רעדט צו אייך.


זאגט אים ווי שטארק איר שעצט זיין כיבוד אב ואם, ווי שטארק איר ווילט גיין מיט אים צו זיינע עלטערן אויף שבת; אבער די וועג ווי אזוי ער רעדט טוט וויי און דאס שטערט אייך.


ארבעטס אויף זיך אליין איר זאלט זיין פרייליך, פרובירט מיט אלע אייערע כוחות אים שטענדיג אויפצונעמען מיט א שמייכל, וועט זיין: "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם (משלי כז, יט)", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער שפיגלט מען זיך דערין - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד, אזוי אויך איז דער לעבן; אויב מען שמייכלט צו א שפיגל זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק, און אויב מען ווייזט א זויערע פנים צום שפיגל זעט מען צוריק א זויערע פנים, אז איר וועט רעדן שיינערהייט צו אים וועט ער רעדן צו אייך שיינערהייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#12 - פארוואס טאר מען נישט פייפן מיט די מויל?
מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א פארוואס מ'טאר נישט פייפן מיט די מויל, וואס איז דער פראבלעם מיט דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים, ווען מען פייפט מיט'ן מויל ברענגט מען צו זיך די שלעכטע מלאכים, די וואס טשעפען און שעדיגן דעם מענטש.


דא האסטו א בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט אויף דעם ענין (אשר בנחל אידיש חלק ב', מכתב קפז):


"שָׁלוֹם אֶל הַבָּחוּר ... נֵרוֹ יָאִיר


אִיךְ הָאבּ דֶערְהַאלְטְן דַיין בְּרִיוו.


זָאלְסְט וִויסְן אַז אַ שֵׁייגֶעץ פַייפְט וְכוּ'. עֶס אִיז מְקוּבָּל פוּן צַדִיקִים אַז מֶען פַייפְט אִיז מֶען מַמְשִׁיךְ אוֹיף זִיךְ קְלִיפּוֹת מִיט מַשְׁחִיתִים. אִיבֶּערְדֶעם זָאלְסְטוּ זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן נִישְׁט צוּ פַייפְן וְכוּ' מִיטְ'ן מוֹיל וְכוּ'. בִּכְלַל אַ אִידִישׁ קִינְד דַארְף זִיךְ אוֹיפְפִירְן אֵיידְל עֶרְלִיךְ.


זֶע זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען זָאגְן אַסַאךְ מִשְׁנַיוֹת, דֶער רֶבִּי הָאט אַרוֹיסְגֶעגֶעבְּן אַ תִּיקוּן פַאר אַסַאךְ פוּן אוּנְזֶערֶע לַייט זָאגְן יֶעדְן טָאג חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת (עַיֵין שִׂיחוֹת הָרַ"ן, סִימָן קפ"ה). אִיבֶּערְדֶעם זֶע דוּ אוֹיכֶעט צוּ זָאגְן יֶעדְן טָאג חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, אוּן דָאס וֶועט דִיךְ מְטַהֵר זַיין פוּן אַלֶע דַיינֶע פְּגָמִים וָואס דוּ בִּיסְט נִכְשָׁל גֶעוָוארְן בִּיז יֶעצְט.


זָאלְסְט הָאבְּן אַ לֶעכְטִיגְן טָאג אוּן אַ פְרֵיילִיכְדִיגְן תָּמִיד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#11 - ווי אזוי קען איך זיך אויסקומען מיט מיין יונגערע שוועסטער?
חיזוק פאר מיידלעך, משפחה, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען פארן ראש ישיבה, וואס האט מיר ממש געגעבן א נייע לעבן, א נייע מח, פשוט שכל! איך לעב מיט אמונה, תפילה, און התבודדות, איך רעד שיין אין שטוב צו טאטע מאמע, איך פאלג זיי אויפ'ן רגע, א זאך פון וואס זיי שעפן פיל נחת פון מיר.


איך האב א זאך וואס איך מוטשע זיך זייער שטארק מיט דעם,
איך האב א שוועסטער וואס איז יונגער פון מיר, און איך וועל זאגן דעם אמת אז איך האב איר נישט ליב, איך האב נישט ליב איר נאטור, איך זוך אלץ נישט צו זיין מיט איר צוזאמען, און נישט זיצן נעבן איר. איך ווייס נישט ווער ס'מאכט נערוועז וועמען. אבער די מציאות איז אז מיר האבן זיך נישט אזוי ליב און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


איך האב זיך אזויפיל מאל אונטערגענומען קבלות צו רעדן צו איר שיין, איר פאלגן וואס זי בעט מיר, איר ענטפערן שיין, עס איז מיר אבער זייער שווער. איך רעג זיך אויף אזוי שנעל ווען זי רעדט צו מיר, איך דארף זיך איינהאלטן מיט אייזערנע כוחות צו רעדן שיין צו איר. און אז איך רעד שיין צו איר איז עס נאר ווייל איך ארבעט זייער שטארק אויף מיר.


איך וויל א עצה, איך וויל וויסן צי איך וועל נאך קענען אמאל זיצן און שמועסן מיט איר שיין אזוי ווי צוויי גוטע פריינד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, י"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס דארף אייך נישט שטערן אז איר קומט זיך נישט אויס מיט אייער יונגערע שוועסטער. עס איז דא ביי אסאך יונגע מענטשן דעם געפיל; מען לויפט אוועק פון די געשוויסטער, מען ווערט נערוועז פון זיי. רוב מאל קומט דער געפיל ווייל מען מיינט אז מען טראגט די אחריות אויף זיי, מען שפירט ווי מען וועט ווערן פארשעמט פון זייער רעדן, פון זייער אויפפירונג און דאס גלייכן.


אז איר וועט אריין נעמען אין זיך אז איר טראגט נישט קיין אחריות ווי אזוי אייער שוועסטער פירט זיך אויף, עס איז נישט אייער אחריות ווי אזוי זי פירט זיך - וועט אייך זיין גרינגער איר אויפפירונג, איר וועט קוקן אויף איר ווי מען קוקט אויף א פרעמדע מיידל, וועט עס אייך נישט אזוי נערוועז מאכן.


ווען איר מאכט קבלות, איר ווילט זיין גוט; דארפט איר נישט מאכן קבלות צו פאלגן אייער שוועסטער און צו טון וואס זי בעט אייך, פאלגן זאלט איר אייערע עלטערן און פאלגן דארף מען דעם אייבערשטן.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט רעדן שיין צו אלעמען, אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו בעט זיך צום אייבערשטן: "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ", איך זאל רעדן צו מיינע פריינט שיין, "וְאַל יַעֲלֶה בְּלִבֵּנוּ שׁוּם שִֹנְאָה מֵאֶחָד עַל חֲבֵרוֹ חָלִילָה", איך זאל קיינעם נישט פיינט האבן.


ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט מען מער און מער אויסגעארבעט; עס באדערט שוין נישט אזויפיל זאכן, עס שטערט נישט מער די זאכן וואס פלעגן שטערן ביז אהער. רעדן צום אייבערשטן איז אזוי ווי דאס כשר מאכן פלייש, מען זאלצט די פלייש ארויס צו נעמען די בלוט, דאס זעלבע איז התבודדות; ווען מען איז זיך מתבודד, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, מען בעט אים ער זאל העלפן ארויס נעמען די שלעכטע מידות פון זיך, דורכדעם גייט ארויס די גאנצע שלעכטע נאטור און מען ווערט א כשר שטיקל פלייש, מען ווערט אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#10 - וואס טו איך ווען מיין משפחה רודפ'ט מיר וועגן אומאן?
אומאן, משפחה, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קום פון א ליטווישע משפחה וואס איז נישט מחשיב ברסלב, און זיי דרייען מיר כסדר א קאפ וועגן מיין מאן וואס פארט קיין אומאן. נישט נאר דאס יאר מיט קאראנע, נאר יעדעס יאר ס'איז דא עפעס אנדערש וואס זיי זאגן מיר אז אויב וויל איך זיין א גוטע ווייב טאר איך נישט לאזן מיין מאן פארן, ס'איז א סכנה וכו' וכו' אלע זאכן וואס מ'קען זאגן.


אבער דאס יאר ספעציעל, רופן זיי מיר יעדע שטיק צייט מיר צו זאגן ווי סכנות'דיג ס'איז, און אז די גרעניץ איז פארמאכט, און ס'איז דאך דא קאראנע וכו', און דאס איז מיר זייער שווער אויסצוהאלטן, איך האב שוין גענוג מניעות צו שיקן מיין מאן צו א ווייטע פלאץ אויף יום טוב פאר אזוי לאנג, ס'איז מיר שוין גענוג שווער אן די אלע בלבולים און פחדים, און די רדיפות פון מיין משפחה מאכט עס נאר ערגער.


אויך, מיין משפחה איז זייער שטארק מיט דעם לאזונג, "לעב און לאז לעבן", און געווענליך מישן זיי זיך נישט אריין אין א צווייטנ'ס לעבן זיי צו זאגן וואס צו טון. צום ביישפיל, ווען מיין ברודער האט זיך נעבעך געדרייט מיט א גוי'טע, האבן מיינע עלטערן און אנדערע געשוויסטער אים גארנישט געזאגט, און ווען מיר האבן זיך יא אריין געמישט און געזאגט אז ער טאר איר נישט ברענגען צו אונזער הויז, איז די משפחה געשפרינגען אויף אונז אז מיר האבן אים נישט ליב, און מיר זענען אים נישט מחזק, און ווי אזוי גייט ער צוריק ווערן פרום אויב מיר שטופן אים ווייטער וכו' וכו'. אבער ווען מיין מאן וויל פארן צום צדיק, זיך מקשר זיין צו אים און זיך מחזק זיין, אין דעם מישן זיי יא אריין.


ס'טוט מיר זייער וויי אז זיי שפייען אויף עפעס וואס איז אזוי חשוב ביי אונז. ברוך ה' אז איך האב זייער א גוטע קשר מיט מיינע עלטערן און געשוויסטער, און איך רעד מיט זיי אסאך. איך האב זיי שוין געבעטן זיך נישט אריין מישן, אבער ס'העלפט נישט. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער אסאך פרויען ווערן צעשטאכן פון זייערע עלטערן וועגן ברסלב; ווען די עלטערן ווערן געוואויר אז דער איידעם פארט קיין אומאן הייבן זיי אן רודפ'ן זייער טאכטער, זיי לייגן גרויס דרוק זי זאל שטעלן א ווידערשטאנד און נישט לאזן דעם מאן פארן קיין אומאן.


אנשטאט די עלטערן זאלן זיך פרייען אז זייער טאכטער איז גליקליך און צופרידן מיט איר מאן, אנשטאט זיי זאלן טאנצן פאר שמחה אז דער איידעם פירט זיך ערליך, ער האט א רבי וואס שטארקט אים - רודפ'ט מען דעם איידעם און די טאכטער; ווי מען קען שטעכן געבט מען א שטעך און ווי מען קען מאכן א וויץ מאכט מען א וויץ, אן טראכטן ווי שטארק דאס טוט וויי.


וואס זאל מען טון אז ברסלב איז פארשעמט, וואס קען מען טון אז מען רעדט אויפ'ן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים - לשון הרע; דאס מאכט אז מענטשן זאלן ווערן דערשראקן פון ברסלב, דאס מאכט מען זאל מורא האבן ווען מען הערט אז די קינדער האבן א שייכות מיט ברסלב; אזוי מוז דאס גיין, עס דארף זיין ליצנות אויף א צדיק. אויף אלע אמת'ע צדיקים איז דא ליצנות, חכמינו הקדושים זאגן (ירושלמי ברכות ב, ח): "אֵין דּוֹר שֶּׁאֵין בּוֹ לֵצָנִים", אין יעדע דור זענען דא לצים; אלע צדיקים האט מען געטשעפעט און מען האט געקריגט אויף זיי.


יעדע פרישער מקורב וואס וויל קומען צום רבי'ן דארף אריבער גיין דעם נסיון, מען טשעפעט און מען שפעט; אנדערש קען מען נישט זוכה זיין צו נעמען פון רבי'ן אלע גוטס. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז' - מזבוב ועכביש) וואס עס האט זיך אפגעטון מיט זיין נשמה איידער זי איז אראפ געקומען אויף די וועלט, ווי דער סמ"ך מ"ם האט געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה", מוהרא"ש זאגט אז די עצה זייערע איז ליצנות; מען שפעט פון רבי'ן און פון רבינ'ס מענטשן, פון ברסלב'ער חסידים. דאס איז די עצה וואס דער סמ"ך מ"ם האט קעגן דעם רבי'ן, דורכדעם האלטן זיך מענטשן אפ פון מקורב ווערן צום רבי'ן.


דאס וואס איר שרייבט פון אייער משפחה אז זיי זענען פריינטליכע מענטשן, זיי האבן די שיטה פון 'לעב און לאז יענעם לעבן' וכו' וכו'; דא קענט איר זען דאס פארפוילקייט פון די אלע לינקע וכו' וואס שטעלן זיך ארויס מיט א שיינעם פנים אז מען דארף יעדן איינעם לאזן לעבן זייער וועג - ווי ליגנט און פאלש דאס איז; והא ראי', ווען עס קומט צו ערליכקייט, ווען עס קומט צו זיין פרום - דעמאלט פארגעסט מען פון די שיינע זיסע געמאכטע שפריך ווארט: 'לעב און לאז יענעם לעבן'. די פרומע מענטשן מעג מען טשעפען, די דארף מען רודפ'ן; פלוצלונג איז נישט דא דער באגריף 'לעב און לאז יענעם לעבן', יעדן איינעם דארף מען מכבד זיין, מען דארף יעדן איינעם לאזן טון וואס זיי ווילן - ביז דער ערליכער איד וואס וויל גארנישט, ער וויל נאר טון וואס דער אייבערשטער הייסט; אים רייסט מען אראפ, ביי אים איז מער נישט דא 'לעב און לאז יענעם לעבן', אים דארף מען נישט רעספעקטירן וכו'.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן; לעבט מיט אים, זייט אים מכבד, זייט אים מחזק ער זאל פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה זיך אויסבעטן א גוט יאר פאר זיך און פאר די גאנצע משפחה, און ווען אייערע עלטערן טשעפען אייך זאלט איר גארנישט ענטפערן; טענה'ט זיך נישט מיט זיי, זאגט זיי אז איר דארפט טון וואס דער אייבערשטער הייסט, א פרוי דארף טון דעם רצון פונעם מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#9 - ווי אזוי קען איך געבן קאמפלימענטס, ווען איך דארף נאר צוקומען צו דעם?
מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א תלמידה פון "בית פיגא", מיינע לערערינס רעדן כסדר פון געבן גוטע ווערטער און קאמפלימענטס פאר יעדן איינעם, איך וויל זייער שטארק געבן קאמפלימענטס, אבער איך שפיר אז איך קען עס נישט טון ווייל איך אליין דארף נאך אנקומען צו א גוט ווארט פון יענעם צו ווערן פרייליך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען געבט פאר אנדערע גוטע ווערטער – דאס אליינס בויט אויף דעם מענטש, און דאס מאכט אז מען זאל באקומען גוטע ווערטער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ מְכֻבָּד", ווער איז אן אנגעזענער מענטש? "הַמְכַבֵּד אֶת הַבְּרִיּוֹת", דער וואס געבט פאר יעדן איינעם אויפמערקזאמקייט.


דו קענסט פרובירן אנצוהייבן ביי יונגע קינדער; ווען דו זעסט מיידלעך וואס זענען אין דיין יארגאנג, אדער יונגער פון דיר – זאלסטו זיי געבן גוטע ווערטער. א גוט ווארט אויף זיי אדער אויף זייערע אנטואכץ, ווי למשל אויף זייערע קליידער, שיך וכדומה; דאס וועט דיר אויפבויען אז דו זאלסט ווערן שטארק מיט דיר.


וואס דו דארפסט בעט "נאר" פונעם אייבערשטן; ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן ווערט מען זייער זיכער מיט זיך.

#8 - אפשר דאס וואס כ'האב געטשעפעט איינעם, שאדט פאר מיין שידוך?
שידוכים, סגולות, מדות טובות, תפלות אויף אידיש, טשעפען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך בין א 19 יעריגער בחור, דערווייל איז נאכנישט אנגעקומען מיין שידוך, און איך האב מורא אז דאס קומט פון אן הקפדה פון איינעם.


בערך א יאר צוריק האב איך זיך אונטערהאלטן אויף א בחור'ס חשבון, און ער איז פארשעמט געווארן אין פארנט פון עטליכע בחורים, ס'איז נישט געווען ממש ברבים, אבער ס'איז געווען דארט מענטשן וואס האבן דאס מיטגעהאלטן. איך האב אים איבערגעבעטן, כ'האב אים אויך געקויפט א טשאקאלאדע אים איבערצובעטן, און איך יעצט גוט מיט אים, אבער איך האב נאך א שולד געפיל פון דעם.


אויך אלס קינד האב איך געשטערט מיינע מלמדים, דאס איז געווען ווען איך בין געווען 8 יאר אלט.


וואס קען איך טון וועגן דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכים החודש, כ"ח אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט וויי צו טון א צווייטן און זיכער נישט יענעם פארשעמען; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "הַמַּלְבִּין אֶת פְּנֵי חֲבֵירוֹ בָּרַבִּים אֵין לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", ווער עס פארשעמט א צווייטן וועט נישט האבן קיין חלק אין עולם הבא; אזוי הארב איז פארשעמען א צווייטן. א שאד מען רעדט נישט צו קינדער אסאך פון די הארבקייט פון וויי טון א צווייטן.


אז מען האט איינעם פארשעמט, מען האט איינעם וויי געטון - דארף מען יענעם מפייס זיין, מען דארף איבער בעטן און זיך פארנעמען מער דאס נישט צו טון; אויב מען בעט יענעם איבער און מען איז מוחל דעמאלט איז מען יא א בן עולם הבא.


אז דו האסט יענעם איבערגעבעטן און ער האט דיר מוחל געווען, דארפסטו נישט זיין באזארגט. דער אייבערשטער איז מוחל ווען מען בעט יענעם איבער און מען האט חרטה אויף וואס מען האט געטון.


זאג יעדן טאג די קרבנות הנשיאים; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן די "קרבנות הנשיאים"; נאכדעם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געטון וואס דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זאל זאגן די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג. עס איז מיר זייער שווער צו זיין אליין, עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליין, איך וויל חתונה האבן וכו', וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - מעג איך זיך עקשנ'ען צו נעמען נאר א ברסלב'ע כלה?
שידוכים, חסידות ברסלב, סקול, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, דאס געבט מיר ממש לעבן.


איך הער כסדר ביי די שיעורים אז מ'זאל זיך נישט עקשנ'ען און מתפלל זיין אז מ'וויל דוקא א ספעציעלער שידוך, מ'זאל זיך נישט אזוי שטארק וועלן ביי א שידוך. איך בין א בחור און איך וואלט זייער שטארק געוואלט האבן א כלה פון די "בית פיגא ברסלב" סקול, ווייל איך וויל אויפשטעלן א שטוב אויף די וועג פון הייליגן רבי'ן, מעג איך זיך עקשנ'ען ביים אייבערשטן און מתפלל זיין אז איך וויל דוקא א כלה פון די ברסלב'ע שולע?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען בעט פאר א שידוך דארף מען בעטן דעם אייבערשטן בכלליות, מען זאל זוכה זיין חתונה צו האבן און ברענגען קינדער אזוי ווי דער אייבערשטער האט אונז באפוילן, מען זאל זוכה זיין צו בויען אן ערליכע שטוב און זוכה זיין צו ערליכע קינדער.


עס איז נישט כדאי זיך צו עקשן'ען דוקא אויף א תלמידה פון 'בית פיגא'; דער עיקר דארף מען בעטן אויף א ערליכע געזונטע מיידל מיט גוטע מידות. א מיידל וואס וויל לעבן א תורה'דיגע לעבן, א מיידל וואס וויל פירן א אידישע לעבן; וואס ווייסט א מענטש וואו זיין שידוך איז, אפשר איז די שידוך ערגעץ אנדערש? דו קענסט בעטן אז זי זאל לעבן מיט די עצות וואס מען לערנט אין בית פיגא און זי זאל זיך פירן אזוי ווי דער רבי לערנט אונז.


דאס ווייסטו דאך, אז נישט יעדער בחור וואס דריידט זיך אין ישיבה איז א תלמיד היכל הקודש, עס איז נישט גענוג זיך צו דרייען אין ישיבה אז מען זאל שוין אנגערופן ווערן א תלמיד היכל הקודש, מען דארף טון וואס מען לערנט אין היכל הקודש; אזוי אויך, נישט יעדע מיידל וואס דריידט זיך אין היכל הקודש ווערט פאררעכנט ווי א תלמידה וכו'.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, בעט אים יעדע זאך אויף דיין פשוט'ע שפראך, וועסטו זען ניסים.

#6 - וויפיל דארף א אינגל לערנען?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, לימוד התורה, מדות טובות, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגל, 11 יאר אלט, און איך האב זיך געוואלט קודם באדאנקען אויף די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר צוריק געענטפערט, ס'האט מיר זייער מחזק געווען. אויך האב איך דעם מוצאי שבת זוכה געווען צו מאכן א סיום אויף גמרא מסכת ברכות.


איך האב געוואלט פרעגן אפאר שאלות.


1.     מיר האבן ב"ה א גרויסע משפחה מיט שוועסטערס און ברידער, און איך שטער זיי אסאך מאל. איך האב שוין אפאר מאל געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיי נישט שטערן, אבער דער יצר הרע איז זיך מתגבר אויף מיר. וואס קען איך טון.


2.     דער ראש ישיבה שליט"א זאגט ביי די דרשות אז ס'איז נישט גוט צו ליינען קאמיקס, און אויך מיין טאטע זאגט אזוי. אבער די מיידלעך ביי אונז ברענגען עס יא אריין, און איך האב עס זייער שטארק ליב צו ליינען, וואס קען איך טון? מיין מאמע קויפט מיר טאקע ביכער פון ספורי צדיקים, אבער איך ענדיג עס זייער שנעל.


3.     איך וויל לערנען אסאך תורה, איך ווייס אבער וואס דער ראש ישיבה שליט"א אז א אינגל דארף אויך שפילן, נישט נאר לערנען די גאנצע צייט. איך קום אהיים פון חדר יעדן טאג אום האלב זעקס, און איך וויל וויסן א סדר וויפיל איך זאל לערנען פאר מיר אליין אין מיין צייט.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הילד הנחמד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין מסכת ברכות; דו ביסט א יונג קינד פון עלף יאר און דו האסט שכל ווי אן ערוואקסענער מענטש, אריין צו כאפן לערנען די הייליגע תורה אויפ'ן דרך הלימוד וואס מיר האבן מקבל געווען פון הייליגן רבי'ן, אז אפילו מען פארשטייט נישט די ווערטער זאל מען זאגן די אותיות התורה (שיחות הר"ן, סימן עו).


אויף דיין ערשטע פראגע אז דו ווילסט אויסארבעטן דיינע מידות; אויף דעם דארף מען אסאך שרייען צום אייבערשטן, עס גייט נישט אין א קורצע צייט. אזוי ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו טייטשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כ:): "כְּבָר צָוַח הַכֹּהֵן אָנָּא הַשֵּׁם, וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ בִּירִיחוֹ", זאגט ער (נועם אלימלך, תחלת פרשת וישלח): "שֶׁזְמַן אָרוֹךְ צָרִיךְ הָאָדָם לִצְעֹק אָנָא הַשֵׁם, עָזְרֵנִי שֶׁאֶזְכֶּה לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת, וְאָז וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ, אֲבָל לֹא בְּיָמִים מוּעָטִים", מען דארף שרייען א לאנגע צייט צום אייבערשטן ביז מען איז זוכה צו ווערן א צדיק.


בנוגע ליינען קאמיקס וכו'; ענדערש זאלסטו ליינען סיפורי צדיקים, מעשיות ווי אזוי צדיקים האבן געלעבט דורכדעם וועט אריין גיין אין דיר א שטארקע חשק און בענקעניש אויך צו זיין א צדיק. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", עס איז זייער א גרויסע זאך צו ליינען און הערן מעשיות פון צדיקים, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד ווען מען זעט צו וואס דער צדיק האט זוכה געווען ווען ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, און מען וויל אויך ווערן א צדיק.


אויף דיין פראגע וויפיל צו לערנען וכו'; ווען דו קומסט אהיים פון חדר זאלסטו גיין אביסל שפילן, עס איז זייער געזונט פאר קינדער זיך אויסצוגעבן; זאלסטו קודם גיין אביסל שפילן, טאנצן און ארום שפרינגען מיט דיינע חברים, נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור ווייטער אין ש"ס כסדרן. זוך דיר אויף א שטילע פלאץ, אדער אין שטוב אדער אין א שול וואו עס איז רואיג און לערן א בלאט נאך א בלאט, וועסטו זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן ש"ס נאך פאר דיין בר מצוה, דורכדעם וועסטו ממשיך זיין אויף דיר א צלם אלוקים.


דער עיקר זאלסטו זיך פירן מיט די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט; גיי אביסל שפאצירן זיך אויסרעדנדיג דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך וויל זיין א צדיק, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל נאר טראכטן פון דיר, נישט מסיח דעת זיין פון דיר", וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


חזק ואמץ מיט אלע דיינע כוחות.

#5 - ווי אזוי מאכט מען א געשמאקע אטמאספער אינדערהיים?
שלום בית, חינוך הילדים, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס האבן מיר ממש געגעבן דעם שכל אין לעבן ווי אזוי צו האנדלען מיט זיך אליין, מיט די ווייב און קינדער, און מיט אלעס אין לעבן.


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר אז מ'דארף געבן גוטע ווערטער פאר די ווייב און קינדער, מ'דארף זיין מקרב זיין און מאכן גוט פילן שטענדיג. איך בין נישט אויפגעוואקסן אזוי, און איך ווייס פשוט נישט ווי אזוי מ'טוט דאס, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר אויסלערנען, געבן דוגמאות, ווי אזוי מ'געבט ליבשאפט פאר א מענטש, ווי אזוי איז מען מקרב די קינדער און די ווייב אז זיי זאלן זיך שפירן געשמאק צו זיין אינדערהיים.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג, כ"ד תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת לא.) עס איז געקומען א גוי צום הייליגן תנא הלל הזקן אז ער וויל זיך מגייר זיין בתנאי אויב ער קען אים אויסלערנען די גאנצע תורה ווי לאנג ער שטייט אויף איין פוס, האט אים הלל הזקן געזאגט די פאר ווערטער: "דְּעַלָּךְ סָנֵי - לַחֲבֵרָךְ לָא תַעֲבֵיד", וואס דו ווילסט נישט מען זאל טון פאר דיר - זאלסטו נישט טון פאר דיין חבר, "זוֹ הִיא כָּל הַתּוֹרָה כּוּלָהּ"; דאס זעלבע זאג איך דיר, אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי מען געבט ליבשאפט אין שטוב פאר די ווייב און קינדער, זאלסטו שטענדיג טראכטן: 'דְּעַלָּךְ סָנֵי - לַחֲבֵרָךְ לָא תַעֲבֵיד, וואס דו ווילסט נישט מען זאל טון פאר דיר, זאלסטו נישט טון פאר דיין חבר'; ווי אזוי וואלסטו געוואלט מען זאל רעדן צו דיר? מען זאל זיך פירן מיט דיר? אזוי זאלסטו רעדן צו זיי.


אז דו ווילסט אויפבויען דיין שלום בית, דו ווילסט זיין א גוטער מאן און א גוטער טאטע, זאלסטו בעיקר אכטונג געבן ווי אזוי דו רעדסט צו דיין ווייב. געב א קוק וואס דער תורה לערנט אונז, ווען דער אייבערשטער האט געהייסן משה רבינו געבן די תורה פאר די אידן האט דער אייבערשטער אים געזאגט (שמות יט, ג): "כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב, וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל"; "בית יעקב" דאס מיינט מען די פרויען, און "בני ישראל" דאס מיינט מען די מענער; ביי די פרויען שטייט א לשון: "תֹאמַר", וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף דעם (מכילתא דבחודש, סימן ב; שבת פז.): "בַּאֲמִירָה רַכָּה", דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו ער זאל רעדן צו זיי מיט א ווייכע שפראך, און פאר די מענער זאל ער זאגן: "'וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל' - עוֹנְשִׁים וְדִקְדוּקִין פָּרֵשׁ לִזְכָרִים, דְבָרִים הֲקָשִׁין כְּגִידִין"; זעט מען פון דעם אז מען דארף רעדן אין שטוב ווייכע דיבורים.


בעט דעם אייבערשטער די תפילה וואס דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט מתקן געווען (תפילה קודם התפילה), וואו ער בעט אין די תפילה: "'וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ', הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו א צווייטן, העלף מיר איך זאל רעדן צו מיין ווייב איידל און שיין", אויך זאלסטו נישט זיין קיין קארגער אויף גוטע ווערטער, גוטע ווערטער איז קיינמאל נישט גענוג, וויפיל מען געבט קען מען אלץ מוסיף זיין נאך גוטע ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#4 - אויף וועלכע מדה זאל איך קודם ארבעטן?
קדושה, מדות טובות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אנהויבן צו ארבעטן אויף מיר, אויף שמירת עינים, שמירת הברית, און אויף שמירת הדיבור. איך שפיר אז איך וועל נישט קענען טון אלעס אויף איין מאל, וויל איך וויסן מיט וואס איך זאל קודם אנהויבן.


א גרויסן יישר כח.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שמירת עיניים, שמירת הברית און שמירת הדיבור זענען נישט דריי באזונדערע זאכן נאר דאס אלעס איז שמירת הברית; זיך היטן די אויגן און זיך היטן פון רעדן ניבול פה - דאס אלעס איז שמירת הברית, איינס ברענגט דאס צווייטע; אז מען היט זיך נישט די אויגן פאלט מען נאכדעם אראפ אין פגם הברית רחמנא לצלן און נאכדעם רעדט מען ניבול פה. אז דו ווילסט אנהייבן לעבן אן ערליכע לעבן גייט דאס אלעס צוזאמען; דער יסוד פון אן ערליכער לעבן איז שמירת הברית, און מען קען נישט זיין אפגעהיטן בקדושת הברית נאר אז מען האט הייליגע אויגן און א ריינע מויל.


זאג נישט אז דו קענסט נישט טון אלעס אויף איין מאל, ווייל א מענטש האט שטענדיג א בחירה אפילו ווען עס קוקט אים  אויס אז ער קען זיך נישט אפטיילן פון זיינע שלעכטע מעשים. א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן פרעגן ווי אזוי עס קען זיין אז א מענטש האט א בחירה; אויב מען איז צוגעקלעבט צו שלעכטע מעשים ווי איז שייך צו זאגן פארן מענטש: "דו האסט א בחירה"? עס איז דאך אוממעגליך זיך אפצושיידן פון א געוואוינהייט וואס מען האט זיך צוגעוואוינט צו טון! האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קי): "עס איז זייער פשוט צו פארשטיין דער ענין פון בחירה; אויב מען וויל טוט מען עס, און אז מען וויל נישט טוט מען נישט"; שרייבט ר' נתן (שם): "איך האב מיר פארצייכנט וואס דער רבי האט אים געענפערט, ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם, זיי פרעגן די קשיא: "ווי איז שייך צו זאגן אז איך האב א בחירה, ווען איך קען מיר נישט אפשיידן פון מיין געוואוינהייט וואס איך האב זיך צוגעוואוינט צו טון?" דערפאר מיינען זיי אז עס איז טאקע אומעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים.


לייג זיך אריין אין אמונה וועסטו זיך קענען מתגבר זיין אויף דיין יצר הרע. ווען א מענטש לעבט מיט אמונה ער ווייסט אז עס איז (ישעיהו ו, ג): "מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער איז איבעראל; דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים וועט ער זיך היטן די אויגן, און אז מען האט ריינע אויגן מען קוקט נישט קיין זאכן וואס דער אייבערשטער לאזט נישט קוקן ווערט מען אפגעהיטן פון פגם הברית און אזוי האט מען א ריינעם דיבור.


זע צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט  - זאג די ווערטער פון די גמרא, דאס וועט דיר העלפן זיך מתגבר זיין אויף די קליפה וואס איז מכשיל דעם מענטש אין פגם הברית. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.