שאלה אין קורצן ענין
#2 - זאל איך צוריק אין ישיבה נאכדעם וואס זיי האבן מיר ארויסגעווארפן?
לימוד התורה, בחור, ישיבה, חסד, סדר היום, ביקור חולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון כמעט 19 יאר, און מיין ישיבה האט מיר ארויסגעווארפן ווייל איך בין געגאנגען באזוכן א חולה אין שפיטאל, און זיי לאזן מיר נישט צוריק קומען נאר אויב איך ברענג פינף הונדערט דאלער.


איך ווייס נישט וואס צו טון, קודם איז מיר זייער שווער צו געבן דאס געלט, און בכלל לערן איך שוין אין די ישיבה שוין קרוב צו צוויי און האלב יאר, און איך בין גארנישט געשטיגן דארט, נאר געפאלן אין יראת שמים, און יעדע פאר וואכן מאכט מען מיר דארט משוגע מיט אנדערע זאכן, אויסער דעם וואס איך בין זייער צעבראכן סתם אזוי פון ווארטן אויף מיין שידוך וואס קיינער פארשטייט מיר נישט. ווען איך וואלט שוין געווען יעצט א אינגערמאן וואלט איך שוין געקענט האבן א (כשר'ע) טעלעפאן וכדומה, און איך וואלט קיינעם נישט געדארפט געבן דין וחשבון.


מיין שאלה איז אויב איך זאל צוריקגיין און באצאלן, און זיך ווייטער ארומשפילן מיט זיי ווי אין נורסערי, אדער זאל איך ענדערש גיין אין כולל זיך זעצן לערנען מיט א חברותא.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי צוריק אין ישיבה, בעט איבער דיינע מגידי שיעורים און מנהלים; נעם זיך פאר צו האלטן די זמנים וואס מען פארלאנגט אין ישיבה, וועט מען דיר צוריק נעמען. מען קען נישט אנטלויפן אינמיטן סדר; אז מען איז איינגעשריבן אין א מסגרת, אין א כולל אדער ישיבה, קען מען נישט קומען און גיין ווען מען וויל און וואו מען וויל, מען דארף האלטן די סדרים, נאר אזוי קען מצליח זיין.


פארוואס זאלסטו נישט אויסנוצן די יארן מיט התמדת התורה? יעצט איז א צייט וואס דו קענסט לערנען אן קיין שטערונג; אמת טאקע, עס איז זייער שווער פאר א בחור, דו האלסט נישט אויס, דו ווילסט שוין זיין חתונה געהאט, דו ווילסט זיין ערליך און אפגעהיטן, דער יצר הרע פלאקערט און ברענט מען שפירט ווי מען ווערט פארברענט יעדע רגע, עס איז זייער שווער, אבער פון די אנדערע זייט קענסטו יעצט לערנען מיט גרויס התמדה אן קיין שטערונגען. אז דו וועסט זיך מסדר זיין מיט א גוטע סדר און לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, וואס האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט אזוי גוט וואס מען לערענט זאל מען ווייטער לערנען, נישט בלייבן שטיין וכו' - קענסטו ביז א קורצע צייט לערנען און ענדיגן כל התורה כולה.


מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג אביסל מקרא – שנים מקרא ואחד תרגום, מיט רש"י, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער ביז סוף וואך; דער הייליגער מחבר פסק'נט (אורח חיים, סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין. דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.


נאכדעם זאלסטו מאכן א שיעור אין משנה – הויב אן לערנען מסכת ברכות א פרק נאך א פרק, ווען דו ענדיגסט מסכת ברכות הויב אן מסכת פאה נאכדעם מסכת דמאי און אזוי ווייטער; אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו נישט ווערן צעבראכן, דו לערן ווייטער אפילו אן פארשטיין, מיט די צייט וועט דער אייבערשטער העלפן דיין קאפ וועט זיך עפענען און דו וועסט אנהויבן פארשטיין.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס מען איז זוכה דורך משניות וואלטן אלע געלערנט משניות; דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' אלעס בזכות משניות. דער הייליגער בית יוסף פלעגט זאגן זייער אסאך משניות, אמאל פערציג פרקים משניות און אמאל מער, און ווען ער האט געזאגט משניות פלעגט זיך דער מגיד באווייזן צו אים, אזוי ווי דער בית יוסף ברענגט (ספר מגיד מישרים משלי סימן כג, עמוד קסג): "הִשְׁכַּמְתִּי כְּמִנְהָגִי לִקְרוֹת בַּמִּשְׁנָיוֹת, וְקָרִיתִי כְּמוֹ מ' פְּרָקִים", און נאכדעם האט זיך דער מגיד צו אים באוויזן; זעט מען צו וואס מען קען זוכה זיין ווען מען לערנט משניות.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין לימוד גמרא, חכמינו הקדושים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוּרְתָּא תְּהֵא"; זאגן אויף דעם צדיקים "גְּמָרָא גְמוֹר" – אויב דו לערנסט גמרא, דעמאלט "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" – וועסטו פארשניידן אלע קליפות וואס נעמען ארום די נשמה הקדושה. ווייל "זְמוּרְתָּא", איז א לשון פון: "לְזַמֵּר אֶת כָּל הֶעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֶת כָּל הַקּוֹצִים הַסּוֹבְבִים אֶת הַשּׁוֹשַׁנָּה הָעֶלְיוֹנָה", וואס דאס גייט ארויף אויף נשמות ישראל; און ווען מען לערנט תורה ווערן אלע קליפות פארברענט.


קוק נישט צי דו פארשטייסט וואס דו לערנסט אדער נישט; דו זאג נאר די ווערטער פון די הייליגע גמרא. חכמינו הקדושים זאגן (שיר השירים רבה ב, טו): "אָמַר רַבִּי אַחָא, עַם הָאָרֶץ שֶׁקּוֹרֵא לְאַהֲבָה אֵיבָה, כְּגוֹן וְאָהַבְתָּ וְאָיַבְתָּ, אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא 'וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה'", אן עם הארץ וואס זאגט די ווערטער פון די תורה מיט גרייזן; אנשטאט זאגן: "וְאָהַבְתָּ אֵת ה'" מען זאל ליב האבן דעם אייבערשטן, זאגט ער: "וְאָיַבְתָּ אֵת", מען זאל פיינט האבן, זאגט דער אייבערשטער (שיר השירים ב, ד): "וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה", איך האב ליב זיינע גרייזן; ווייל ביים אייבערשטן איז זייער באליבט דער וואס לערנט תורה - אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און אפילו ער זאגט עס מיט גרייזן, ער זאגט דאס פארקערטע וואס מען דארף ווען זאגן, אזוי באליבט איז ביים אייבערשטן דער וואס לערנט תורה, עיין שם.


זוך זיך נישט קיין מצוות אין די צייט וואס מען לערנט אין ישיבה, דער הייליגער ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו זאגט (זרע קודש, פרשת שופטים) ווען דער יצר הרע זעט א מענטש לערנען וויל ער אים שטערן, דער יצר הרע ציטערט פון זיין לערנען ווייל דורך תורה ווערט דער יצר הרע בטל ומבוטל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "אִם אֶבֶן הוּא", אפילו מען האט א שטארקער יצר הרע אזוי שטארק ווי שטיין, "נִמּוֹחַ", ווערט ער צעגאנגען דורך תורה, "וְאִם בַּרְזֶל הוּא", אפילו מען האט א שטארקער יצר הרע אזוי שטארק ווי אייזן, "מִתְפּוֹצֵץ", דורך תורה ווערט דער יצר הרע צעברעקלט, דעריבער וויל דער יצר הרע שטערן דעם מענטש ער זאל נישט נישט לערנען, זאגט דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע: "לָכֵן מַזְמִין לוֹ אֵיזֶה מִצְוָה", דעריבער ברענגט דער יצר הרע פאר'ן מענטש מצוות, "כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יְקַּרֵר אֶת עַצְמוֹ מֵהִתְלַהֲבוּת וְלֹא יָבוֹא לַעֲשׂוֹת דָבָר גָדוֹל יוֹתֵר טוֹב", דורך די מצוה קילט ער אפ דעם מענטש פון לערנען, "כִּי יִסְבֹּר שֶׁכְּבָר הוּא טוֹב בְּהַמִּצְוָה הַזֹּאת", דער מענטש טראכט 'איך דארף שוין נישט לערנען ווייל איך טו דאך אנדערע מצוות', עיין שם. דער מענטש כאפט נישט אז דאס אלעס איז מעשה בעל דבר, אבי אים צו שטערן ער זאל נישט לערנען.


גיי צוריק אין ישיבה, בעט זיך איבער מיט דיינע מגידי שיעורים; דו קענסט זיי ווייזן דעם בריוו זיי זאלן זען אז דו מיינסט עס טאקע ערנסט, אז דו גייסט פון היינט און ווייטער מיט האלטן די סדרים אין ישיבה און זיך פירן מיט דרך ארץ. אז דו ווילסט טון חסד, גיין אין שפיטעלער באזוכן חולי ישראל - זאלסטו דאס טון נאכן סדר הישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן דיין שידוך בקרוב.

#1 - ווי אזוי נוצט מען אויס די עשרת ימי תשובה אויפ'ן ריכטיגן אופן?
פרנסה, סדר היום, ישוב הדעת, עשרת ימי תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין די יעצטיגע טעג פון עשרת ימי תשובה בין איך זייער צעמישט און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך האב אפגעלאזט מיין ארבעט, איך שפיר אז איך קען נישט גיין ארבעטן אין אזעלכע הייליגע הייליגע טעג, איך זיץ אין שול מיט א הויפן ספרים וואס איך האב זיך אנגעגרייט צו לערנען, אבער איך האב נישט קיין טראפ ישוב הדעת פון אזויפיל ריבוי אור.


איך וויל וויסן די ריכטיגע וועג ווי אזוי אויסצונוצן די הייליגע טעג אויף א גוטע פארנעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): מען דארף זיך היטן פונעם יצר הרע וואס טרייבט איבער און מאכט דער מענטש זאל דינען דעם אייבערשטן מער פון די מאס, מער וויפיל מען קען פארנעמען; דער רבי זאגט (שם) ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן האט ער געזאגט פאר משה רבינו (שמות יט, כא): "רֵד הָעֵד בָּעָם פֶּן יֶהֶרְסוּ אֶל ה' לִרְאוֹת וְנָפַל מִמֶּנּוּ רָב", גיי זאג די אידן זיי זאלן נישט צוקומען צום בארג; ווייל די אידן זענען דעמאלט געווען אין א זייערע א הויכע מדריגה האט מען זיי געדארפט זאגן זיי זאלן אכטונג געבן זיך נישט איבערצורייסן, נישט טון מער פון די מאס.


ווער האט דיר געבעטן זאלסט אפלאזן דיין ארבעט? גיי צוריק ארבעטן און נעם מיט דיר מיט א זעקל ספרים, ווען דו האסט אפאר מינוט זאלסטו אריין כאפן אביסל לימוד התורה.


טו נישט קיין ווילדע זאכן; דער אייבערשטער איז אין די ארבעט, דער אייבערשטער איז אין שטוב. מען דארף נישט אוועק לויפן ערגעץ ווייט צו טרעפן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.