שאלה אין קורצן ענין
#33 - פארוואס האב איך נישט געזען מרדכי הצדיק ביי די מגילה?
התחזקות, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, ספיקות, בלבולים, פורים, מגילה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאריאר פאר פורים האב איך געזען צעטלעך געשריבן אין נאמען פון רבי נתן אז ווער עס וועט שרייען דרייסיג טאג פאר פורים, "הצילני מקליפת המן עמלק, וזכני לקדושת מרדכי ואסתר", וועט זוכה זיין צו זען מרדכי הצדיק ביי די מגילה. איך האב עס געשריגן פאר די גאנצע דרייסיג טעג פאר פורים, אבער איך האב גארנישט געשפירט עפעס ספעציעל ביי די מגילה. וואס איז פשט פון דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


צדיקים זאגן, עס לוינט זיך אראפצוקומען אויף די וועלט און עס זאל איבערגיין וואס גייט איבער - אבי זוכה זיין צו הערן איינמאל די הייליגע מגילה; עס האט נישט מיט וואס מען שפירט, אפילו מען שפירט גארנישט - איז דאס די בעסטע זאך פאר די נשמה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט, עס איז געווען א איד וואס ביים צווייטן נאכט פסח נאכן סדר האט ער געליינט די מגילה, און ווען דער איד האט געענדיגט ליינען די מגילה האט ער דערזען פאר זיך שטיין א נשמה פון יענע וועלט. די נשמה דערציילט אז עס זענען דא נשמות אויבן אין הימל וואס זענען שוין אריבער דעם גיהנום און זיי זענען נאכאלץ נישט זוכה אריין צו קומען אין גן עדן ביז זיי וועלן האבן א ספעציעלע זכות. און יעדעס יאר ווען מען ליינט די מגילה עפנט מען אויף די טירן פון גן עדן, דעמאלט איז א צייט וואס אלע נשמות קענען אריינגיין אין גן עדן. אפאר חדשים פאר פורים קומען צו גיין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער נשמות ביים טיר פון גן עדן ווייל זיי ווילן שוין זוכה זיין צו קענען אריינגיין אין גן עדן, אבער וויבאלד עס נעמט נישט מער ווי אפאר שעה ווי לאנג מען ליינט די מגילה, איז נישטא גענוג צייט אז אלע נשמות זאלן קענען אנקומען אין גן עדן, דארפן זיי ווארטן אויפן קומענדיגן יאר ווען מען ליינט די מגילה.


זאגט די נשמה ווייטער: "איך פרוביר שוין אפאר יאר זיך צו שטעלן ביים טיר פון גן עדן כדי צו קענען אריינגיין, אבער אלעמאל פארמאכט זיך דער טיר פינקט פאר איך גיי אריין; די יאר האב איך זיך שוין כמעט אריינגעכאפט, אבער ממש פאר מיר האט זיך די טיר פארמאכט! האב איך זיך בארעכנט אז איך גיי נישט אוועק פון דא ביזן קומענדיגן יאר, זאל זיין וואס זאל זיין. אזוי ווי איך שטיי דא און ווארט אויף קומענדיגן יאר פורים, הער איך פלוצלינג ווי איינער ליינט די מגילה, האב איך אנגעפאנגען צו קלאפן אויפן טיר פון גן עדן אז מען זאל מיר עפענען די טיר, איז געקומען דער מלאך וואס איז ממונה צו זיין דער שומר הפתח און מיך געפרעגט פארוואס איך קלאפ, האב איך געזאגט 'איך הער ווי מען ליינט די מגילה און איך וויל אריינגיין אין גן עדן', האט מיר דער מלאך געזאגט: 'יעצט איז פסח, יעצט איז נישט די צייט אריין צו גיין אין גן עדן, דו דארפסט ווארטן אויפן קומענדיגן יאר פורים', איך האב גע'טענה'ט 'וואס איז א נפקא מינה צי עס איז פסח צו פורים? וויבאלד מען ליינט די מגילה דארף מען מיך אריינלאזן!' איך האב געשריגן און גע'טענה'ט ביז מען איז געקומען פון בית דין של מעלה זען וואס די קולות זענען, נאכן אויסהערן ביידע צדדים האט בית דין של מעלה געזאגט אזוי: 'יעצט איז טאקע נישט די צייט ווען מען קען אריינלאזן אין גן עדן, אבער אויב דו וועסט גיין צו דער איד וואס ליינט די מגילה און ער וועט פסק'נען אז מען דארף דיך אריינלאזן אין גן עדן - וועט מען דיך אריינלאזן'".


האט די נשמה געבעטן דעם איד: "איך בעט אייך, געבט מיר רשות אריין צו גיין אין גן עדן איך זאל שוין מתוקן ווערן", האט דער איד געזאגט: "איך נעם אויף מיר דעם תפקיד דיך צו מתקן זיין און גיי זאג פארן בית דין של מעלה אז מען זאל דיך אריינלאזן אין גן עדן"; זעט מען דאס גרויסקייט וואס מען קען זוכה זיין ביי קריאת מגילה, מען קען זוכה זיין צו גן עדן.


צעברעך זיך נישט, דאס אליין אז עס גייט אריבער דרייסיג טעג און מען בעט טאג נאך טאג: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, ראטעווע מיך פון המן און עמלק און זיי מיך מקרב צו דיר" - דאס איז קדושת מרדכי ואסתר, און דאס אליין אז מען וויל זיין גוט; מען וויל, מען בעט און מען בענקט, מען וויל זיין ערליך - דאס איז קדושת מרדכי ואסתר.


לאז נישט אפ די הייליגע עבודה, דו שריי ווייטער: "רבונו של עולם, ראטעווע מיך פון המן און עמלק, און געב מיר צו שפירן די זיסקייט פון מרדכי הצדיק און אסתר המלכה, איך זאל ליב האבן די תורה, ליב האבן די מצוות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - ווי אזוי גיי איך צו א שידוך אן פחדים?
שידוכים, ספיקות, שמחה, תודה והודאה, פחדים, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז נישטא די ווערטער אויסצודריקן מיין דאנק אויף די עצות און הדרכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וויפיל סבלנות דער ראש ישיבה שליט"א האט צו ענטפערן אויף יעדן איינעמ'ס שאלות.


איך וויל שוין א כלה ווערן, מען טראגט יעצט אן א שידוך, אבער איך האב פשוט מורא צוצוגיין, איך בין פול מיט פחדים וואס וועט זיין נאכדעם, איך בין אינגאנצן צעמישט וועגן דעם. ווי אזוי קען איך וויסן אויב ער איז טאקע א גוטער בחור? מיין שוועסטער האט זיך גע'גט, און דאס מאכט מיר טראכטן אויף נישט א גוטע וועג, ווער ווייסט צי איך וועל יא מצליח זיין? ווער ווייסט צי איך וועל זיך נישט דארפן גט'ן שפעטער?


איך האב פשוט מורא צו אויסהערן א שידוך, כאטש וואס מען זאגט מיר צו אז עס א גוטע זאך, עס איז נישטא פון וואס מורא צו האבן, בלייב איך אבער מיט פחדים, און צוליב דעם זאג איך אפ אזויפיל גוטע פארשלאגן פאר שידוכים.


איך דאווען און איך וויין צום אייבערשטן זייער אסאך, איך האב שוין נישט קיין כח מער צו וויינען, איך ווייס אז דער אייבערשטער טוט נאר גוטס. איך בעט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה און הדרכה אין דעם, עס איז פשוט א שאלה פון פיקוח נפש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען רעדט אייך א שידוך - זאלט איר חס ושלום דאס נישט אפזאגן, גייט מיט שמחה צום שידוך און דער אייבערשטער וועט העלפן איר וועט אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט ליכטיגע דורות.


צעברעכט זיך נישט און דערשרעקט זיך נישט מיט די שלעכטע מחשבות וואס דער סמ"ך מ"ם פארדרייט אייך, אלע שלעכטע מחשבות איז פון די קליפות, פון די סטרא אחרא. דער הייליגער זוהר (תיקונים תיקון כא, בסופו) רופט אן די שלעכטע מחשבות 'חיות טמאות, חיות טורפות', פארציקנדע חיות וואס פארציקן דעם מענטש מיטן דערשרעקן מיט זאכן וואס איז דמיונות.


ווי שרעקעדיג קען חתונה האבן זיין אז די תורה געבט דאס פאר די ערשטע מצוה?! אז דער אייבערשטער זאגט מען זאל חתונה האבן - קען עס נישט זיין שרעקעדיג; די תורה זאגט (בראשית ב, יח): "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ", עס איז נישט גוט צו זיין נישט חתונה געהאט, אויך זאגן די הייליגע חכמים (יבמות קיח:): "טב למיתב טן דו, מלמיתב ארמלו", עס איז בעסער צו זיין חתונה געהאט ווי זיין אליין.


געענדיגט מיט וויינען, ווער דארף יעצט וויינען? גייט צום שידוך מיט שמחה, גייט צום שידוך מיט תפילה, און מיט תודה והודאה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - זאל איך זאגן פאר יענעם אז ער האט מיר וויי געטון?
תפילה והתבודדות, אמונה, ספיקות, מדות טובות, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פריי זיך אז עס איז דא א פלאץ וואו מען קען פרעגן שאלות און באקומען תשובות אפילו אויף אזעלכע סארט שאלות וואס א צווייטער רב וואלט בכלל נישט פארשטאנען אפילו וואס איך וויל פרעגן.


מיין שאלה איז אזוי, איך פרוביר זיך צוצוגעוואוינען אז ווען איינער טוט מיר וויי זאל איך אים גארנישט זאגן נאר איך זאל גיין נאר צום אייבערשטן און אים אויסדערציילן די גאנצע זאך אז יענער האט מיר געטשעפעט און וויי געטון. איך רעד פון אנדערע מענטשן, נישט פון מיין ווייב, אין שטוב וועל איך יא זאגן פאר מיין ווייב אז דאס און דאס טוט מיר וויי וואס זי האט געזאגט אדער געטון, ווייל אזוי הער איך ביי די שיעורים פון ראש ישיבה אז מען זאל נישט האלטן די ווייטאג אין זיך ווייל נאכדעם קען עס פלאצן, נאר ארויסזאגן וואס עס שטערט, ווען עס קומט אבער צו אנדערע מענטשן וועל איך יא האלטן די ווייטאג אין מיר און זיי גארנישט זאגן, איך וועל עס נאר דערציילן פאר'ן אייבערשטן אליין.


די מעשה איז אבער אז איך האלט נאכנישט ביי די מדריגה אז נאכ'ן עס דערציילן פאר'ן אייבערשטן זאל אינגאנצן ארויסגיין די ווייטאג פון מיין הארץ, איך בלייב נאך אנגעגעסן אויף יענעם וואס האט מיר געטשעפעט, ממילא ווייס איך נישט אויב דאס איז טאקע די ריכטיגע וועג, אפשר זאל איך יא זאגן פאר יענעם אז ער האט מיר וויי געטון?


איך בעט דעם אייבערשטן אויף דעם אליין אויך, אויב עס איז גענוג אז איך דערצייל עס נאר פאר'ן אייבערשטן אדער דארף איך דאס אויך זאגן פאר יענעם.


וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג זיך צו פירן אין דעם? איך וויל זיך נישט נארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט אחד בפה ואחד בלב; אז איינער טוט דיר וויי - קענסטו דאס מיט יענעם אויסשמועסן און זיך איבערבעטן, ווי איידער ארום גיין מיט א פאלשע שמייכל און אינעווייניג זיין פול מיט האס און פיינטשאפט.


געוואוין זיך צו אויסצושמועסן יעדע זאך מיטן אייבערשטן. זוך א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און גיי אהין יעדן טאג רעדן צום אייבערשטן; שמועס מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינט, וועסטו במשך די צייט באקומען א ישוב הדעת, עס וועט דיר שוין מער נישט אינטערעסירן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט.


טייערער ברודער, אפילו מיר זענען ווייט פון די מדריגות הצדיקים - דאך קענען מיר אויך צוקומען צו דעם דורך פאלגן די עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - ווען איז די ריכטיגע צייט צו זאגן תיקון חצות?
לימוד התורה, ספיקות, סדר היום, תיקון חצות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל א גרויסן יישר כח פאר'ן ראש ישיבה פאר די פילע תשובות אויף אלע סארט שאלות, דאס איז א געוואלדיגע חסד צו ענטפערן פאר יעדן זיינע שאולות וואס דרוקט אים, דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך כוחות אויף ווייטער.


איך וויל זייער שטארק זאגן תיקון חצות יעדע נאכט, למעשה ווייס איך אבער נישט פון וויפיל אזייגער ביינאכט מען קען שוין זאגן תיקון חצות, אדער דארף מען ענדערש אויפשטיין אינמיטן די נאכט אדער גאר פרי פארטאגס עס צו זאגן?


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע ענטפערן אויף דעם, וואס איז די בעסטע וועג ווען צו זאגן תיקון חצות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישטא קיין וועג ווי אזוי עס דארף זיין, ביי איינעם ארבעט בעסער זיך לייגן פרי און אויפשטיין ביי חצות, ביי א צווייטן ארבעט בעסער בלייבן אויף זאגן חצות; יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער קען דינען דעם אייבערשטן.


אזוי אויך מיט לערנען; ביי איינעם איז גרינגער דאס אויפשטיין פארטאגס און ביי איינעם ארבעט זיך בעסער אויס אויפצובלייבן ביינאכט לערנען, יעדער איינער דארף קוקן ווי אזוי עס ארבעט זיך אויס ביי אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - ווען מען דארף עפעס, אויף וועלכע וועג זאל מען עס בעטן דעם אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, ספיקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך בין אנגעקומען צו אייערע הערליכע שיעורים און מיין לעבן האט זיך געטוישט, איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל האבן כח ווייטער צו געבן שיינע שיעורים און שרייבן הערליכע בריוו.


איך האב געוואלט פרעגן וועגן רעדן צום אייבערשטן, ווען מען האט א פראבלעם, זאל מען בעטן נאר אויף וואס איך מיין אז דאס איז יעצט מיין שטער, אדער בעט מען פאר בכלליות פאר די גאנצע זאך וואס מען דארף יעצט? צום ביישפיל אויב דארף איך א קאר און איך גיי צום דילער, זאל איך בעטן דעם אייבערשטן אז דער פארקויפער זאל יעצט האבן א גוטע קאר פאר מיר און פאר מיין פרייז וואס איך וויל, אדער דארף איך בעטן דעם אייבערשטען סתם פאר א גוטע קאר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, לייג אוועק אלע חכמות, און בעט דעם אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות תפילה, סימן לז): "עַל כָּל הַדְּבָרִים", אויף אלע זאכן, "הֵן עַל דָּבָר גָּדוֹל", סיי אויף גרויסע זאכן, "הֵן עַל דָּבָר קָטָן", און סיי אויף קליינע זאכן - "תִּתְפַּלֵּל", זאלסטו דאווענען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - ווען ענטפערט דער ראש ישיבה קלאר וואס צו טון און ווען נישט?
אומאן, סיפורי צדיקים, מורה דרך, ספיקות, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס דער ראש ישיבה שרייבט פאר א טאטע אז זיין זון פרעגט קיינמאל נישט דעם ראש ישיבה וואס צו טון, און דער ראש ישיבה שרייבט דארט אז מען מוז האבן א מורה דרך וואס מען פרעגט אים יעדע זאך.


וויל איך אבער פארשטייט, ווייל פון די אנדערע זייט זאגט דער ראש ישיבה אסאך מאל אז ווען מען פרעגט דעם ראש ישיבה וואס צו טון דרייט זיך דער ראש ישיבה ארויס און ענטפערט יענעם נאר בערך וואס דער מענטש וויל הערן; אויב אזוי וואס האט מען פון פרעגן אויב דער ראש ישיבה ענטפערט סיי ווי נישט וואס מען זאל טון?


אפשר קען דער ראש ישיבה מיר אויסקלארן דעם ענין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די הייליגע חכמים זאגן (תנחומא בלק, ח): "בְּדֶרֶךְ שֶׁאָדָם רוֹצֶה לֵילֵךְ, בָּהּ מוֹלִיכִין אוֹתוֹ", ווי אזוי א מענטש וויל זיך פירן - העלפט מען אים פון הימל. אזוי ווי מיר זעען ביי די פרשה מיט בלעם, אין אנהויב האט דער אייבערשטער אים קלאר געזאגט (במדבר כב, יב): "לֹא תֵלֵךְ עִמָּהֶם", גיי נישט מיט זיי; ער זאל נישט גיין שעלטן די אידן, און ווען דער אייבערשטער זעט ווי בלעם וויל יא גיין, זאגט אים דער אייבערשטער קלאר פינקט פארקערט (שם, כ): "קוּם לֵךְ אִתָּם", גיי יא מיט זיי; פון דא זעט מען אז מען זאגט דעם מענטש זיך צו פירן אזוי ווי ער וויל.


אזוי אויך זעען מיר ביי די מרגלים, משה רבינו האט נישט געוואלט שיקן מרגלים; פארוואס דארף מען שיקן מרגלים קיין ארץ ישראל קוקן אויב עס איז א גוט לאנד, דער אייבערשטער זאגט דאך קלאר אז עס איז א גוטע לאנד?! דאך געפונען מיר, ווען משה רבינו האט געזען ווי די אידן ווילן יא שיקן מרגלים, די אידן גלייבן נישט דעם אייבערשטן אז ארץ ישראל איז א גוטע לאנד, זיי ווילן שיקן אויסשפיאנירן אליינס ארץ ישראל, האט משה רבינו געשיקט מרגלים; ווייל ווי אזוי מען וויל זיך פירן - העלפט מען יענעם און מען גייט מיט יענעמ'ס ווילן.


אזוי אויך ביים רבי'ן איז געווען אמאל, דער ברסלב'ער רב רבי אהרן איז געקומען צום רבי'ן פאר ראש השנה און געפרעגט דעם רבי'ן (ער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן, ער האט געמיינט ער פרעגט) אז ער קען נישט קומען קיין אומאן אויף ראש השנה ווייל ער האט א בית המדרש און די קהילה וויל ער זאל בלייבן ראש השנה מיט זיי, וואס ער זאל טון? האט אים דער רבי געזאגט ער זאל נישט קומען צו אים אויף ראש השנה, און שפעטער האט דער רבי געקרעכצט פארוואס ער איז נישט געקומען, האט מען געפרעגט דעם רבי'ן: "דער רבי האט אים דאך געזאגט ער זאל נישט קומען?!" האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "איך דארף יענעם זאגן וואס יענער וויל הערן"; דער רבי זאגט, אזוי איז יעדע מאל מען קומט פרעגן א צדיק אויף א מסירת נפש ווי אזוי זיך צו פירן, מען קען נישט יענעם הייסן טון די מסירת נפש, מען מוז יענעם זאגן נישט צו טון.


דאס איז בכלל נישט קיין קאנפליקט מיט האבן א מורה דרך אין לעבן. מען דארף האבן א מורה דרך אין לעבן, נאר אזוי קען מען לעבן. א איד דארף האבן א רב, א דיין, אן ערליכער איד וואס ווייזט אים ווי אזוי צו לעבן א תורה'דיגע לעבן, א לעבן מיט'ן אייבערשטן, דאס איז די וויכטיגסטע זאך. אזוי אויך ווען עס קומט צו א שידוך טון, מען זוכט א גוטער בחור - איז דאס די וויכטיגסטע זאך אויף וואס צו קוקן, אויב דער בחור האט א מורה דרך, אויב ער פרעגט יעדע זאך.


ווען עס קומט צו מסירת נפש זאכן - דארט קען מען נישט זאגן טון מסירת נפש; מען ווארפט רמזים, און אז יענער וויל טאקע וויסן וואס צו טון פארשטייט ער וואס צו טון.


א גמר חתימה טובה.

#27 - ווי אזוי קען איך בעטן אויף עפעס וואס איך ווייס נישט אויב ס'איז גוט פאר מיר?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, ספיקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך נאכאמאל באדאנקען פאר אלעס וואס איר טוט פאר מיר און פאר כלל ישראל, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


פון ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א האט זיך מיין לעבן ברוך ה' אינגאנצן געטוישט, איך האב אנגעהויבן לעבן מיט די עצה פון הייליגן רבי'ן, צו בעטן אלעס דעם אייבערשטן, א גרויסן יישר כח.


איך וויל נאר פרעגן איין זאך, צומאל קען איך בעטן זייער אסאך אויף א געוויסע זאך, איך בעט און איך בעט נאכאמאל און נאכאמאל, ווי אזוי קען איך אבער וויסן אויב די זאך איז טאקע גוט פאר מיר? אפשר וועט מיר דער אייבערשטער עס טאקע געבן צום סוף, אבער די זאך איז למעשה נישט גוט פאר מיר?


לאמיר זאגן אז איך בעט אסאך אז איך וויל האבן א קאר, איך בעט פאר דעם גאר אסאך, אבער דער אייבערשטער ווייסט אז אויב וועל איך האבן א קאר וועט מען מיר עס צו'גנב'ענען, און דעריבער געבט מיר נישט נאך די תפלה, איך באקום נישט קיין קאר, אבער אזוי ווי איך בעט אזוי סאך, ווערט מיין תפלה יא געענטפערט צום סוף, און איך באקום די קאר, אבער פאקטיש איז דאס נישט גוט פאר מיר.


די זאך מאכט מיר אביסל צעמישט, ווי אזוי קען איך בעט אויף זאכן, אין די צייט וואס איך ווייס נישט אמת'דיג וואס איז גוט פאר מיר און וואס נישט?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס אליינס דארף מען אויך אויסשמועסן, ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף א געוויסע זאך - שמועסט מען דאס אויך אויס: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן די זאך, און אויב דאס איז נישט גוט פאר מיר - זאל איך דאס נישט וועלן וכו'".


מוהרא"ש דערציילט, מען האט געהערט א ברסלב'ער חסיד זיך מתבודד זיין, ער בעט דעם אייבערשטן אז ער דארף גוטע ווארעמע שטיוול. עס איז געווען פאר ווינטער, און אין אוקריינא - ווער עס איז באקאנט - איז זייער זייער קאלט, דער ברסלב'ער חסיד האט נישט געהאט קיין שטיוול און אויך נישט געלט צו קויפן שטיוול, האט ער זיך מתבודד געווען, ער האט געבעטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל האבן שטיוול, עס קומט יעצט א פראסטיגע ווינטער, איך דארף האבן שטיוול, און אויב רבונו של עולם עס איז נישט גוט פאר מיר צו האבן שטיוול - שיין אריין אין מיר אז איך זאל עס נישט דארפן, שיין אריין אין מיר איך זאל דאס נישט וועלן".


די מעלה פון התבודדות איז אז מען רעדט צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט, מען שמועסט מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א נאנטן. דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט: "ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, איך בין געקומען צום רבי'ן און פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר וכו' וכו', האט מיר דער רבי געזאגט: 'נתן, קום אביסל שפאצירן', און אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויפגעלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינט'".


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויפגעלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינט', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבערגיין אויף מיר, וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


וואויל איז דעם וואס שמועסט מיט'ן אייבערשטן און דערציילט אים אלעס, וועט ער זוכה זיין צו אלע מדריגות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#26 - זאל איך טוישן די רבי'שע לבוש פון מיין משפחה?
קליידער, ספיקות, משפחה, תפלות אויף אידיש, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א רבי'ש קינד, און איך גיי מיט שווארצע זאקן ווייל אזוי גייט מיין משפחה, איך האב עס אבער זייער פיינט, איך קען עס ממש נישט ליידן, און איך וואלט זייער געוואלט טוישן צו נארמאלע לאנגע הויזן ווי יעדער איינער.


מעג איך טוישן די לבוש צו זיין אנדערש פון מיין משפחה, און אויב נישט, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן אז ס'זאל מיר נישט אזוי שטארק שטערן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז דיין פראגע - צי דו מעגסט אויסטון דיין לבוש, אדער צי דו זאלסט עס אויס אויסטון? מעגן מעגסטו, נישטא קיין הלכה אין דעם, עס איז נישטא א הלכה אז מען מוז גיין האלבע הויזן וכו'; צי דו זאלסט עס אויסטון? - דאס איז שוין עפעס אנדערש, אויף דעם זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, זאלסט גיין אויף די ריכטיגע וועג.


מיט אסאך דאווענען, מיט אסאך התבודדות - ווייסט מען ווי אזוי זיך צו פירן. דאווענען און התבודדות ארבעט אויס דעם מענטש, עס קלארט אויס דעם מח, אויך נעמט עס אוועק די הייסע בלוט וואס מאכט מחלוקת וכו'. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן עה): "דְּהִנֵּה, יֵשׁ מִדַּת נִצָּחוֹן וּמַחֲלֹקֶת וּמִלְחָמָה, וּמֵהֵיכָן בָּא מִדָּה זוֹ, מִדָּמִים שֶׁעֲדַיִן לֹא עָבַד בָּהֶם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", די מידות פון נצחון, מחלוקת און מלחמות קומט פון די הייסע בלוט וואס דער מענטש האט נאך נישט אויסגעארבעט, "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְבַטֵּל מִדַּת הַנִּצָּחוֹן וְהַמַּחֲלֹקֶת", מען דארף אויסארבעטן די בלוט עס זאל זיין ריין פון די אלע תאוות, "וְלִרְדֹּף אַחַר הַשָּׁלוֹם", מען דארף זוכן עס זאל זיין שלום, "וְזֶה זוֹכִין עַל יְדֵי שֶׁיְּדַבֵּר הַרְבֵּה בְּתוֹרָה וּתְפִילָּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לְשָׁלוֹם", דורך תורה און תפילה ווערט דער מענטש אויסגעארבעט פון די אלע שלעכטע תאוות, מען ווערט א צופרידענער מענטש, מען איז בשלום מיט יעדן איינעם און בעיקר מיט זיך אליינס; מען איז צופרידן ווי אזוי מען איז.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס מען האט אים געהערט בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער יעצט קומט ווינטער, עס גייט זיין זייער קאלט, איך דארף האבן פיינע ווארעמע שטיוול. און אויב הייליגער באשעפער איך דארף עס נישט האבן נעם עס ארויס פון מיין קאפ, מאך איך זאל דאס נישט וועלן"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, מיין משפחה גייט אנגעטון אזוי און אזוי, איך האב נישט ליב די וועג, איך עקל זיך פון דעם; העלף מיר איך זאל וויסן וואס איך האב צו טון, אויב איך זאל דאס אויסטון. און אויב איך זאל בלייבן מיט דעם העלף מיר איך זאל דאס ליב האבן, עס זאל מיר נישט אנגיין וכו' וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#25 - פארוואס האב איך פלוצלינג פארלוירן דעם געפיל צום רבי'ן?
התחזקות, חסידות ברסלב, ספיקות, תפלות אויף אידיש, געפילן, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


געלויבט ה' יתברך אז איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן דורך די הערליכע שיעורים, מיין לעבן האט זיך דעמאלט אנגעהויבן, איך האב אנגעהויבן לעבן מיט'ן אייבערשטן, איך האב אנגעהויבן שפירן א געשמאק אין לעבן, און איך האב זיך געטוישט צום גוטן אין יעדן הינזיכט ברוך ה'.


אין די לעצטע פאר טעג האט אבער עפעס פאסירט מיט מיר, איך ווייס נישט וואס אבער איך האב ממש פארלוירן מיין טעם אין לעבן איך ווייס נישט וואס וועט זיין מיט מיר אויף די וועלט. איך האב פלוצלינג באקומען א קאלטקייט צום הייליגן רבי'ן, און אן קיין שום סיבה הייב איך אן טראכטן פארוואס דאס פעלט מיר אויס, און אפשר וועל איך משוגע ווערן פון דעם.


עס הערט זיך אינטערעסאנט, אבער איך בין זייער צעמישט און טרויעריג, ובפרט אז איך ווייס נישט פארוואס עס קומען צו מיר די אלע מחשבות און מרה שחורה. אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע מחזק זיין ווייל עס איז מיר זייער שווער מיט דעם, און ס'שטערט מיר זייער אין מיין סדר היום


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי פארענטפערט דיין פראגע, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): ווען א מענטש ווערט נתעורר לתשובה, ער וויל עפעס טון צו זיין גוט, ער וויל זיין אן ערליכער איד און ער מאכט אפ צו גיין צום צדיק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁנּוֹסֵעַ, מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִילָה", נאכדעם ווען ער איז שוין אויפ'ן וועג איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים און ער הייבט אן פארלירן זיין געפיל צו גיין צום צדיק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁבָּא לְהַצַּדִּיק, מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר, וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", נאכדעם ווען ער קומט אן צום צדיק איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים און ער פארלירט דעם גאנצן געפיל, זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי: "אַל יִקְשֶׁה בְּעֵינֶיךָ זאֹת, וְאַל יְבַהֲלוּךָ רַעְיוֹנֶיךָ עַל זֶה", זאלסט נישט ווערן צעמישט פארוואס דאס פאסירט און נישט דערשראקן ווערן, די סיבה צו דעם איז, ווייל ווי מער דער מענטש איז זיך מתגבר אויף זיין יצר הרע אלץ מער איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.): "כָּל הַגָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנּוּ", ווי גרעסער דער מענטש איז אלץ א גרעסערער יצר הרע האט ער, דעריבער אין אנהייב ווען ער איז נאך נישט געווען ביים צדיק איז ער נאך נישט געווען אין א גרויסע מדריגה, האט ער געהאט נאר א קליינעם יצר הרע, אבער נאכדעם ווען ער גייט צום צדיק איז ער שוין גרעסער - קומט א פרישע יצר הרע, ביז ווען ער קומט שוין צום צדיק וואס דעמאלט איז זיך דער יצר הרע זייער מתגבר.


דאס וואס דו שפירסט לעצטנס ווי דו פארלירסט דיין גאנצע חשק, עס קומען דיר אריין מחשבות אז דו זאלסט אפלאזן דעם רבי'ן - דאס גייט אריבער אויף יעדן איינעם; יעדער וואס ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן, ביים אנהייב איז ער אין א פלאקער אין א ברען, ער שפירט ווי ער איז אריין אין גן עדן לעבעדיגערהייט, ער הייבט אן לעבן מיט'ן אייבערשטן, ער הייבט אן שפירן א טעם אין תורה ומצוות, אבער מיט די צייט נעמט מען אים אוועק דעם געפיל כדאי ער זאל קענען ארויף גיין צו א העכערע דרגא; אויב ער שטארקט זיך, ער האלט זיך שטארק אין רבי'ן אפילו אן א געפיל, אפילו מיט אלע קשיות און בלבולים - דאן איז ער זוכה צו קומען צו א העכערע דרגא.


די וויכטיגסטע זאך איז צו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין צוגעבינדן צום רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, איך זאל קיינמאל נישט אפלאז דעם רבי'ן, איך זאל געדענקען ווי אזוי איך האב אויסגעזען אן דעם רבי'ן"; נאר מיט תפילה איז מען פארזיכערט, נאר מיט התבודדות קען מען זיך האלטן אין רבי'ן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך; לאז נישט אפ דעם הייליגן רבי'ן, בינד זיך צו צום רבי'ן, קוק נישט אויף די קשיות, קוק נישט אויף דעם וואס דו פאלסט אראפ, דאס איז נאר אז דו זאלסט גיין העכער און העכער. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", אין דעם זענען זיך ערליכע אידן טועה ווען זיי שפירן פלוצלינג א ירידה, זיי שפירן ווי זיי האבן פארלוירן זייער ברען און חשק וואס זיי האבן געהאט און עס דאכט זיך זיי אז זיי זענען אראפגעפאלן, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו'; מען טאר נישט קוקן אויף דעם נאר ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיך קענען שטארקן אויף אלע בלבולים.

#24 - מעג מען מאכן א גורל צו וויסן וואס צו טון?
תהלים, תפילה והתבודדות, ספיקות, תפלות אויף אידיש, גורל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר ממש מחיה.


איך האב אסאך מאל שאלות און ספיקות וואס צו טון, און איך פיר זיך צו זאגן א קאפיטל תהלים, און צו מאכן א גורל וואס צו טון, און איך טו לויט ווי דער גורל קומט אויס, וויל איך פרעגן אויב ס'איז ריכטיג אזוי צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, כ"ז אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א קלארע הלכה אז מען טאר נישט מאכן א גורל. דער הייליגער מחבר זאגט (יורה דעה סימן קעט, סעיף א): "אֵין שׁוֹאֲלִים בְּחוֹזִים בַּכּוֹכָבִים וְלֹא בְּגוֹרָלוֹת", מען טאר נישט מאכן קיין גורל צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, אזוי ווי עס שטייט אין די הייליגע תורה (דברים יח, יג): "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ", מען דארף זיך פירן בתמימות מיט'ן אייבערשטן.


תהלים זאלסטו ווייטער זאגן; יעדעס מאל דו האסט א ספק וואס צו טון זאלסטו נעמען דעם תהילים און זאגן אפאר קאפיטלעך תהילים און בעטן דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך, אויף דיין מאמע לשון: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל וויסן וואס צו טון, יא אדער ניין, אהער אדער אהין, שווארץ אדער ווייס"; וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


דאס איז די עצה וואס דער רבי געבט אונז, מיר זאלן בעטן דעם אייבערשטן איין מאל און נאכאמאל און א דריטע מאל: "רבונו של עולם, געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן". רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלח) דער רבי האט אמאל געהערט ווי איינער דאווענט מעריב און ער כאפט אפ די ווערטער: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ", האט דער רבי געזאגט: "די ווערטער פון 'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ' דארף מען דאך זאגן מיט גרויס כוונה, דאס איז זייער א חשוב'ע תפילה"; ווייל דער עיקר פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען האט אויף יעדע זאך ספיקות צי מען זאל טון אזוי צי אזוי, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ, רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן". אזוי זאלסטו טון; אז דו קענסט זיך נישט קיין עצה געבן זאלסטו שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם טאטע זיסער, געב מיר א גוטע עצה, איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - האב איך מיין ריכטיגער שידוך?
שידוכים, ספיקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים, בריוון, ניגונים, און אלע חיזוק.


איך בין ב"ה א חתן געווארן למזל טוב, איך בין אבער זייער צעבראכן, איך שפיר נישט אז איך האב באקומען די בעסטע שידוך, איך בין בכלל נישט פרייליך. איך רעד אסאך צום אייבערשטן וועגן דעם, ווייל כ'האב באמת נישט פאר וועמען זיך אויסצורעדן.


איך מיין אז מיין צעבראכנקייט קומט פון די ערשטע שידוך וואס מ'האט מיר אנגעטראגן, איך האב שוין געהאט א בעשאו מיט איר, און איך מיין אז זי איז געווען בעסער פון די יעצטיגע כלה, זי האט אויסגעזען בעסער, אבער למעשה האט זיך נישט אויסגעארבעט יענע שידוך, זיי האבן נישט געוואלט ענדיגן דעם שידוך מיט אונז, אבער אפשר האט איך נישט געלייגט גענוג דרוק אז יענער שידוך זאל יא גיין ווייטער.


איך פרוביר זיך צו שטארקן צו גיין הפצה דא אין ארץ ישראל, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך בעט דיר טייערער חתן, אנטלויף פון די שלעכטע מחשבות וכו'; דו ביסט דאך געווען מלא שמחה בשעת'ן שידוך, פארוואס זאלסטו יעצט טראכטן: 'אפשר וואלט איך געקענט טרעפן בעסער'ס?' א שאד זיך צו פייניגן, ענדערש דאנק דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס וואס ער האט געטון מיט דיר אז דו ביסט א חתן געוואלרן למזל טוב און באלד גייט שוין זיין דיין חתונה. געדענק ווי שטארק דו האסט געווארט אויף דעם טאג צו ווערן א חתן, איך האב פון דיר צענדליגער בריוו וואו דו שרייבסט מיר אז דו ווילסט שוין ווערן א חתן, יעצט זאלסטו זיין פרייליך און צופרידן.


קלאפ דיר ארויס פון קאפ די ערשטע מיידל מיט וועם דו האסט זיך געטראפן ביי א בעשאו; נעם אריין אין דיר אז דיין יעצטיגע כלה "זי איז דיין כלה"; נישט אלעס איז די אויסזען וכו', בפרט ווען די פריערדיגע האט דיר נישט געוואלט וכו', און שלעפ נישט מיט מיט דיר אלטע מעשיות דיין גאנץ לעבן.


דו דערמאנסט מיר א מעשה, א איד איז ארויף געקומען פאר צוויי יאר צוריק אין ישיבה איך זאל אים העלפן מיט א שידוך; ער איז שוין כמעט פערציג יאר און ער האט א שידוך וואס ער וויל. דערציילט ער מיר אז פאר פופצן יאר צוריק - ווען ער איז אלט געווען פינף און צוואנציג יאר - איז ער ארויס מיט א מיידל פאר א שידוך, זי האט אים נישט געוואלט, "אבער איך" - זאגט ער מיר – "וויל איר יא"; איך הייב אים אן מסביר זיין אז אויב יענע וויל דיר נישט איז דאך נישט שייך, און איך פרעג אים: "זי איז נאך א מיידל?" זאגט ער מיר אז זי איז שוין חתונה געהאט און זי לעבט מיט א מאן שוין איבער צען יאר. פרעג איך אים: "איז וואס ווילסטו יעצט? גיי האב חתונה מיט א צווייטע", זאגט ער מיר אז ער האלט אז זי וועט זיך נאך איין טאג גט'ן פון איר מאן און וועלן חתונה האבן מיט אים...


בשעת איך האב געליינט דיין בריוו האב איך מיר דערמאנט פון די מעשה, אז דו טראכסט יעצט צוריק פון אלטע מעשיות וכו'.


איך בעט דיר זייער טייערער חתן, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט זוכה געווען צו טרעפן א שידוך. די אלע מחשבות איז מעשה שטן וואס פארגינט נישט צו זען ווי דו גייסט אויפשטעלן א שיינע שטוב און דו גייסט ווערן אן ערליכער איד, דערפאר פארדרייט ער דיר דעם קאפ.


שטארק זיך ווייטער אין הפצה; יעדעס מאל דו שרייבסט מיר מעשיות פון הפצה ביסטו מיר מחי'.


איך האף בקרוב צו זיין אין ארץ ישראל, וועל איך רעדן מיט דיר פנים בפנים.


א גוט שבת.

#22 - נאכ'ן זיין אין אומאן צום ערשטן מאל, וואס טו איך מיט מיינע פילע ספיקות?
אומאן, ספיקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די טעגליכע חיזוק וואס געבט מיר חיזוק און כח דוכצוגיין אלע מיינע שוועריקייטן אין לעבן.


איך האב זוכה געווען די וואך צו זיין אין אומאן צום ערשטן מאל אין לעבן, איך האב געשפירט דארט א געוואלדיגע התעוררות, אבער נאכדעם וואס איך בין ארויס פון ציון האב איך אנגעהויבן באקומען ספיקות; אפשר איז דער ציון בכלל נישט דארט, ווייסט מען דען זיכער אז דער ציון איז דארט? אפשר האב איך געמאכט טעותים ביים זאגן די תיקון הכללי? אפשר האב איך נישט געגעבן ריכטיג די צדקה?


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ענטפערן אז מ'טאר נישט האבן קיין ספיקות, ספק איז בגימטריא עמלק, אבער מיט דעם אלעם שפיר איך אז ווייל ס'איז אזא מורא'דיגע זאך צו זיין ביים ציון, וויל איך זיין אינגאנצן רואיג אז איך האב עס טאקע געטון בשלימות, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן.


א גרויסן יישר כח, משה


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טאנץ פאר שמחה אז דו האסט זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן; די אלע קאפ דרייענישן: 'ווער זאגט אז דער רבי ליגט דארט?' 'ווער זאגט אז איך האב ארויסגעזאגט די ווערטער פון די צען קאפיטלעך?' 'ווער זאגט אז איך האב געגעבן א פרוטה?' דאס אלעס נעמט נישט קיין סוף און איז בלויז מעשה יצר הרע.


לאך דיך אויס פון די מחשבות וואס מאטערן דיך, טאנץ פאר שמחה אז דו האסט געפאלגט דעם רבי'ן וואס האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, "אֲפִילוּ אִם עָצְמוּ וְגָּבְהוּ חֲטָאָיו וּפְשָׁעָיו", אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות, "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית".


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד רבי ישראל קארדונער זכר צדיק לברכה, ער פלעגט ברענגען מענטשן קיין אומאן, אנקומענדיג דארט פלעגט ער זיי זאגן: "ביז אהער האב איך זיך געפארט מיט ענק, פון דא און ווייטער וועט דער רבי זיך באשעפטיגן מיט ענק"; דעריבער אז דו האסט זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון, וואס דארפסטו זיך מבלבל זיין מיט נארישקייטן וכו'? טאנץ פאר שמחה אז דו האסט זוכה געווען צו זיין דאס ערשטע מאל אין דיין לעבן ביים רבינ'ס ציון, דו האסט זוכה געווען צו פאלגן דעם רבי'ן, יעצט וועט דיך דער רבי פאררעכטן.


רבי נתן האט געזאגט: הגם דער עונש פון גלגול איז זייער א גרויסער עונש, עד כדי כך אז דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמו) אז מען זאל זיך עקשנ'ען אויבן אין הימל ביים בית דין של מעלה און זאגן: "עקט מיט מיר דא, איך וויל נישט דעם עונש פון גלגול", מיט דעם אלעם, אויב מען וועט מיר געבן די מעגליכקייט נאכאמאל צו קומען צום רבינ'ס ציון וועל איך ענדערש אראפ קומען נאכאמאל אויף דער וועלט, אבי צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון (עיין אשר בנחל, סימן תרעה).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#21 - ווי אזוי ווייסט מען אויב מ'האט יוצא געווען אדער נישט?
ספיקות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די חיזוק יומי און די שיעורים, דאס איז מיר זייער מחזק.


איך בין א בחור אין די יארן, און איך מוטשע זיך זייער אין עבודת ה', איך בין אלעמאל פיל מיט ספיקות אויב איך טו ריכטיג אדער נישט, אויב כ'האב יוצא געווען די מצוה ווי עס דארף צו זיין אדער נישט. יעדן טאג האב איך יסורים ווייל איך ווייס נישט אויב די תפלין ליגט מיר אויפ'ן קאפ אויף די ריכטיגע פלאץ, איך האלט אין איין פרעגן אנדערע בחורים אויב די תפלין ליגט מיר גוט אויפ'ן קאפ. ביים דאווענען קען איך אסאך מאל נישט ענדיגן די גאנצע זייענדיג מסופק אויב כ'האב געזאגט ריכטיג יעדעס ווארט. און בכלל ביי יעדע זאך בין איך פול מיט ספיקות, און איך קען נישט מחליט זיין קיינמאל וואס צו טון.


איך האף איר וועט מיר קענען געבן אן עצה און חיזוק, צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיך לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן - דאס זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס זענען בלויז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "דְּהַיְנוּ מַה שֶׁחוֹשֵׁב וְחוֹקֵר וּמְדַקְדֵּק בְּיוֹתֵר, אִם הוּא יוֹצֵא כָּרָאוּי בַּמֶּה שֶׁעוֹשֶׂה", דאס וואס מען טראכט צי מען איז יוצא די מצוה וואס מען טוט - צי נישט; מען איז מדקדק און מען האלט אין איין אריין טראכטן: 'אפשר בין איך נישט יוצא, אפשר בין איך יא יוצא', דאס אלעס ברענגט דערצו אז דער מענטש זאל אלעס אפלאזן רחמנא לצלן.


דער רבי זאגט: "כִּי בָּשָׂר וָדָם אִי אֶפְשָׁר לוֹ שֶׁיֵּצֵא יְדֵי חוֹבָתוֹ בִּשְׁלֵמוּת", א מענטש קען נישט יוצא זיין די מצוות פונעם אייבערשטן בשלימות, 'וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא' וְכוּ'", און דער אייבערשטער זוכט נישט א וועג ווי אזוי ער קען אונז כאפן און אויפווייזן אז מיר קענען נישט טון די מצוות, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן, "וְלֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", און נישט פאר קיין מלאכים, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - זיי האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין, וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט און לעבן אלץ אין ספיקות, די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


ר' נתן זאגט דארט: "וְהוּא בְּעַצְמוֹ אֵינוֹ מַחְמִיר שׁוּם חֻמְרָא כְּלָל", דער רבי האט נישט געהאט קיין שום חומרות; ווייל דער גרעסטער חכמה איז צו דינען דעם אייבערשטן בפשיטות, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וּבֶאֱמֶת, אַחַר כָּל הַחָכְמוֹת, אֲפִילּוּ מִי שֶׁיּוֹדֵעַ חָכְמוֹת בֶּאֱמֶת, אַחַר כָּל הַחָכְמוֹת צָרִיך לְהַשְׁלִיך כָּל הַחָכְמוֹת וְלַעֲבֹד אֶת ה' בִּתְמִימוּת בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וְזֶה הִיא הַחָכְמָה הַגְּדוֹלָה שֶׁבְּכָל הַחָכְמוֹת, לִבְלִי לִהְיוֹת חָכָם כְּלָל כִּי בֶּאֱמֶת אֵין חָכָם בָּעוֹלָם כְּלָל 'וְאֵין חָכְמָה וְאֵין תְּבוּנָה נֶגְדּוֹ יִתְבָּרַך'".


וואויל איז דעם מענטש וואס טוט אן תפילין יעדן טאג און איז זיך מחיה מיט דעם, ער טאנצט זיך אונטער בשעת'ן אנטון די תפילין; ביי מוהרא"ש האט מען געקענט זען ווען ער פלעגט אנטון די תפילין, ווי בשעת ער האט געמאכט די ברכה האט ער זיך אונטער געטאנצן, ממש אזוי ווי איינער וואס האט יעצט געוואונען א ריזן סומע געלט.


דאס זעלבע זאג איך דיר, אנשטאט דו זאלסט זיך אויפעסן צי די תפילין שטייט דיר גראד אויפן קאפ, זע אז דיין קאפ זאל דיר שטיין גראד; טאנץ פאר שמחה אז דו ביסט זוכה אנצוטון תפילין, אזוי אויך ווען דו דאווענסט זאלסטו זיך פרייען אז דו האסט די זכיה צו רעדן צום מלך מלכי המלכים, לאז אפ דיינע מחשבות וואס מאטערן דיך צי דו האסט יא געזאגט גוט די ווערטער צי נישט; דער עיקר טאנץ פאר שמחה אז דו קענסט רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס וואשט די הענט צופיל מאל?
חינוך הילדים, קינדער, ספיקות, קאמפלימענטס, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זעקס יעריגער אינגל איז ברוך ה' א געזונט גוט קינד, ער שפילט גוט און ער לערנט פלייסיג ברוך ה'.


ער האט געזאגט פאר מיין ווייב אז ווען ער קומט ארויס פון בית הכסא געדענקט ער נישט אויב ער האט שוין געוואשן די הענט, און ער וואשט אסאך מאל איבער די הענט ווייל ער ווייסט נישט אויב ער האט שוין גענוג געוואשן. מיין ווייב האט אים געזאגט אז מען וואשט נאר די הענט איין מאל ווען מען קומט ארויס פון בית הכסא, און נאכדעם דארף מען נישט נאכאמאל וואשן, אויב מען וואשט מער פון דעם איז שוין פון דעם יצר הרע.


זאל איך עס לאזן ביי דעם, אדער איז דא נאך עפעס וואס איך דארף טון צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט קיין עסק פון דעם, דו געב אים אסאך גוטע ווערטער, אז ער איז א וואויל קינד, אן ערליך קינד; געב אים אסאך גוטע ווערטער - וועסטו האבן אסאך נחת, ער וועט אויסוואקסן געזונט און ערליך.


מען מוז געבן אסאך אסאך גוטע ווערטער פאר קינדער, עס האט נישט קיין שיעור וויפיל; אנדערע מצוות גייט אלעס מיט שיעורים, א לולב דארף זיין כך וכך טפחים, אן אתרוג טאר נישט זיין קלענער ווי אן איי, א סוכה דארף זיין נישט קלענער פון צען טפחים, אבער גוטע ווערטער פאר קינדער - איז אָן א שיעור, מען מוז געבן אסאך גוטע ווערטער, און נאר אזוי וואקסן זיי געזונט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - מעג מען זיך מתבודד זיין אום שבת קודש?
שידוכים, התחזקות, שבת קודש, תפילה והתבודדות, ספיקות, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען מעג זיך מתבודד זיין אום שבת קודש, מתפלל זיין און בעטן דעם אייבערשטן פאר זאכן וואס ליגן מיר אויפ'ן הארץ, צום ביישפיל פאר א שידוך?


איך האב געהערט אז אום שבת מעג מען מתפלל זיין נאר אויף רוחניות'דיגע זאכן, נישט אויף גשמיות, אבער פון ווען איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש האב איך פארשטאנען אז אלעס איז רוחניות, ווייל אלעס איז דער אייבערשטער און דער אייבערשטער איז אלעס.


אויך האב איך געוואלט באקומען אביסל חיזוק אויף דעם וואס איך ווארט אויף א שידוך, איך בין זייער צעבראכן, איך וויל שוין חתונה האבן, עס קומט מיר כסדר אריין שלעכטע מחשבות אז עס וועט מיר נעמען נאך זייער לאנג צו טרעפן א שידוך, פארוואס זאל מיר איינער בכלל וועלן? און אזוי ווייטער אסאך אזעלכע סארט מחשבות.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ענטפערן, עס וועט מיר ממש אויפלעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען מעג שבת רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן, אפילו וויינען מעג מען - אויב מען טוט דאס פון נאנטקייט און פון בענקעניש צום אייבערשטן, אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (מדרש אגדה; הובא בבית יוסף אורח חיים סימן רפח), דער הייליגער תנא רבי עקיבא פלעגט וויינען שבת ביים דאווענען, ווייל עס איז אים געווען א פארגעניגן, עס איז געווען פון שמחה און פון בענקעניש. ער פלעגט זאגן שיר השירים מיט הייסע טרערן, פון דעם לערנט מען ארויס אז אויב דאס בעטן און וויינען איז אן עונג שבת - מעג מען (טורי זהב סימן רפח, סעיף קטן ב).


נישטא נאך א זאך וואס קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן אזוי ווי התבודדות ותפילה, ווען מען שמועסט מיטן אייבערשטן ווערט מען צוגעקלעבט מיט די גרעסטע דביקות צום אייבערשטן, מען ווערט איינס כביכול מיטן אייבערשטן, און מען קומט צו די גרעסטע מדריגות.


בנוגע א שידוך וכו'; בעט דעם אייבערשטן און ווארט מיט סבלנות, און זאג יעדן טאג די פרשה פון די "קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים". דער רבי זאגט (ספר המדות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס קומט אן שווער צו טרעפן א שידוך, זאל זאגן אסאך די קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים; דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה, פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביז סוף סדרה; דאס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה - קריאה לחנוכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#18 - פארוואס האב איך נישט זוכה געווען אנצוקומען קיין אומאן?
אומאן, התחזקות, סיפורי צדיקים, ראש השנה, ספרי ברסלב, ספיקות, פחדים, בלבולים, רמזים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער שטארק געוואלט און פרובירט אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, אבער ליידער בין איך נישט אנקומען.


איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך ווייס נישט וואס איך דארף פאררעכטן, איך ווייס נישט וואו אנצוהויבן, איך האב געשפירט אז איך בין אזא גרויסער בעל עבירה אז אפילו דער רבי וויל נישט איך זאל קומען צו אים. איך ציטער וואסערע סארט יאר איך וועל האבן דאס יאר.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מחזק זיין, איך זאל וויסן ווי אזוי צו טראכטן, וואס איך קען זיך מקבל זיין, מיט וואס איך דארף זיך פארבעסערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך געדענק יארן צוריק ווען א גאנצע חבורה אנשי שלומינו זענען געבליבן שטעקן אונטערוועגנס, זיי זענען נישט אנגעקומען קיין אומאן, און זיי זענען געווען זייער צעבראכן אז זיי האבן נישט געקענט אנקומען צום רבינ'ס ראש השנה, האט מוהרא"ש דעמאלט זיי געזאגט: "ענק זענען אלע געווען ביים רבי'ן; ווייל אז מען וויל קומען, מען טוט אלעס צו קומען און מען איז אפגעשטעלט געווארן, מען האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו קומען - איז דאס גערעכנט אזוי ווי מען איז געווען אין אומאן".


צעקלאפ זיך נישט, נעם נישט ארויס פון דעם קיין שלעכטע רמזים כאילו דער רבי דארף דיך נישט, דער רבי דארף דיך יא, דער רבי זארגט פאר דיר, דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה): "מַה לָּכֶם לִדְאֹג", וואס זארגט איר? "מֵאַחַר שֶׁאֲנִי הוֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם", אז איך גיי פאר אייך, איך בין אייך מתקן; עיין שם.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך צובינדן צום רבי'ן מיטן לערנען דעם רבינ'ס ספרים. מאך זיך א שיעור אין ספר ליקוטי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים ווערט מען צוגעבינדן צום רבי'ן און מען ווערט א גרויסער צדיק, און בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פונעם יאר אז דו זאלסט זוכה זיין צו קענען זיין דעם קומענדיגן יאר ראש השנה ביים רבי'ן.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#17 - ווי אזוי ווערט מען נאנט אין "היכל הקודש"?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, צדיקים, ספיקות, היכל הקודש, דרשות, בלבולים, פארנארן, אמונת חכמים, חלישות הדעת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער עס איז געווען א הערליכע פרויען צוזאמקום און א הערליכע שיעור, די נקודה וואס מען האט גערעדט אז מען דארף זיך קאנצעטרירן אויף די שיעורים און אויף די תכלית פון די פלאץ, איז אזא וויכטיגע און שטארקע נקודה.


איך געדענק ווען איך בין געקומען די ערשטע מאל אין א שבת אין שול אין שטעטל, איז דעמאלט צוגעקומען צו מיר א פרוי און אנגעהויבן רעדן עפעס אזוי, "ש'כח אייבערשטער, אמת עס דא איז די שענסטע פלאץ אין די וועלט? און מיר זענען אזוי לאקי צו האבן אזא ראש ישיבה" און אזוי ווייטער אזעלכע סארט ווערטער, און עס האט זיך נישט געענדיגט. איך האב זיך שיעור אויסגעדרייט און אנטלאפן, עס האט מיר שרעקליך געאיבלט, איך האב אנגעהויבן טראכטן אז איך בין אריינגעפאלן אין די נישט ריכטיגע פלאץ.


שפעטער איז צוגעקומען צו מיר א צווייטע פרוי, און זי האט מיר געזאגט אז זי וויל מיר נאר זאגן א גוטע עצה, זי האט מיר געוויזן אויף די מחיצה און מיר געזאגט אז אויב איך וויל עכט וויסן וואס די פלאץ איז און נישט ווערן צעמישט, זאל איך קוקן נאר דא, און מיט דעם האט זי מיר אריינגעוויזן אין די מחיצה אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א. זי האט מיר געזאגט, "קוק נישט רעכטס און נישט לינקס, ווייל אויב יא האסטו גרויסע שאנסן אוועקצוגיין נאך איידער דו קומסט אן".


איך בין איר זייער מכיר טובה. מערערע מאל האט זי מיר זייער מחזק געווען און מיר געהאלפן האלטן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ. עס איז געווען צייטן ווען איך האב געשפירט אז דאס איז עס, און זי האט מיר זייער אויסגעקלארט און מחזק געווען. זי האט אלעמאל געהאט די ריכטיגע זאך צו זאגן.


איך האב אנגענומען איר עצה, און איך האב אזוי געטון סיי אין שטעטל און סיי ביי די פרויען שיעורים פאר די ערשטע לאנגע צייט. איך האב קודם נישט געוואוסט וואו איך בין אריינגעפאלן, איך בין געקומען צום שיעור און ארויסגעגאנען א מינוט נאכ'ן שיעור. אבער ש'כח אייבערשטער אז מען איז זוכה דורך די שיעורים אויסצואוואשן דעם מח מיט די אלטע וועג פון טראכטן, און זען די שיינקייט פון יעדן.


נישט אז היינט בין איך שוין אריבער אלע זיבן וואסערן, עס פאסירט נאך גענוג מאל וואס איך פאל אריין אין א קטנות הדעת ווען איך קום אין שטעטל. און אלעס און יעדער שטערט מיר, איך ווייס אבער כאטש אז איך בין דער פראבלעם און נישט יענער. ש'כח אייבערשטער.


איך שעפ זייער אסאך חיזוק ווען דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון זיין אנהויב התקרבות, ווייל איך זע אז איך האב נאך אפשר שאנסן אויסצוקלארן מיין בליק און מיין מח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


היכל הקודש איז איין זאך: 'שכל און התחזקות פון הייליגן רבי'ן'; עס איז נישט קיין מענטשן, עס איז נישט דער און נישט יענער, עס איז גארנישט עפעס אנדערש אויסער די ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן.


חלישות הדעת און בלבולים וכו' - דאס מוז זיין, ווייל ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן, מען הויבט אן הערן דעם הייליגן רבינ'ס תורות, חיזוק און עצות, ווי אזוי צו לעבן מיטן אייבערשטן - ווערט דער סמ"ך מ"ם זייער דערשראקן, אז פון זיין שווערע הארעוואניע וועט גארנישט בלייבן, ער זוכט אלע וועגן ווי אזוי אוועק צו שלעפן דעם מענטש פון רבי'ן.


דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט איז דער סמ"ך מ"ם געקומען צום בית דין של מעלה מיט א טענה: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האט מען מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף דער וועלט, דו גיי זוך אן עצה"; וואס איז דער סמ"ך מ"ם אזוי דערשראקן פון רבינ'ס נשמה? ווייל וויפיל ער זאל נאר צעברעכן, אראפווארפן און אוועקשלעפן דעם מענטש פונעם אייבערשטן - קומט דער רבי און ברענגט דעם מענטש צו תשובה, און צו אנהויבן א נייעם לעבן, דער רבי ברענגט אונז צו מדריגות פון צדיקים, מען טוט תשובה און אלע עבירות ווערן זכיות, דער רבי איז אים ווי א דארן אין אויג.


מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט פון צדיקים, אלע צדיקים זענען דבוק צום אייבערשטן און רעדן צו זייערע תלמידים פון עבודת השם יתברך, דער סמ"ך מ"ם האט נישט ליב קיין איינע פון די צדיקים, אבער ביים רבי'ן - דארט איז עפעס אנדערש, דער רבי כאפט ארויס נשמות וואס זענען שוין פארכאפט ביי די קליפות, דער רבי לאזט זיך אראפ צו אונז מענטשן וואס מיר זענען אזוי ווייט און האט אויף אונז רחמנות מיר זאלן אויך זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן; דאס קען דער סמ"ך מ"ם נישט ליידן, דעריבער טוט ער אלע פעולות אוועק צו שלעפן דעם מענטש פון רבי'ן; מיט לשון הרע און ליצנות, חלישות הדעת און בלבולים וכו' וכו'.


מוהרא"ש פארציילט אויף א משפיע ביי אנשי שלומינו וואס איז געפארן פון אמעריקע קיין ארץ ישראל צו זיין ראש השנה ביים קיבוץ אין ירושלים, נאך די ערשטע טאג ראש השנה איז יענער געווארן אזוי אנטוישט פון די הפקירות אין שול (מאה שערים), אז ער איז נישט צוריק געקומען דאווענען מיט אנשי שלומינו, ער איז געגאנגען דאווענען אין תולדות אהרן, ביז מוהרא"ש האט גערעדט מיט אים שעות אויף שעות ער זאל נישט קוקן אויף קיינעם, ער זאל נאר קוקן אין די ספרים און נעמען די שכל פון רבי'ן.


אן א שיעור מענטשן האבן אפגעלאזט דעם הייליגן רבי'ן צוליב חלישות הדעת וכו' וכו'. ווען איך בין מקורב געווארן האבן מיר זייער אסאך זאכן געשטערט, דעמאלט האב איך אפגעמאכט אז איך קוק נישט אויף קיינעם, עס גייט מיר גארנישט אן, איך קום צו מוהרא"ש, איך הער וואס איך דארף הערן און איך לערן די הייליגע ספרים, די הייליגע קונטרסים, מער אינטערעסירט מיר נישט.


מוהרא"ש האט אסאך גערעדט פון דעם צו אונז ביי די שיעורים; נישטא קיין נאנטע מקורבים, נישטא קיין ווייטע מקורבים, אלעס איז שטותים והבלים, איין זאך איז דא, די שיעורים, די ספרים; מען זאל טון וואס מען רעדט ביי די שיעורים, און זיך מאכן א חשבון: 'האב איך היינט גערעדט צום אייבערשטן? האב איך היינט געעפנט א משניות? האב איך היינט געעפנט א ליקוטי מוהר"ן?' מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן צו אונז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מה שביד בטוח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#16 - פארוואס ווער איך פאר'חלומ'ט ביים מאכן התבודדות?
תפילה והתבודדות, ספיקות, עבודת השם, סדר דרך הלימוד, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף די בריוו אין "עצתו אמונה", און "איש אמונות", עס געבט מיר אסאך חיזוק, א גאנצע וואך ווארט איך שוין קוים אויף די וועכנטליכע קונטרס "עצתו אמונה".


איך בין ברוך ה' זוכה צו מאכן יעדן טאג התבודדות, איך פרוביר כאטש, אבער איך האב א זאך וואס שטערט מיר ביי התבודדות. איך רעד צום אייבערשטן, איך פרוביר ארויסצורעדן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, אבער צומאל כאפ איך זיך נאכדעם אז איך האב בכלל נישט געטראכט בשעת'ן רעדן אז דער אייבערשטער איז דא און אז איך רעד צו אים. איך ווער פאר'חלומ'ט און פארטראכט, און איך האב חלישות הדעת פון דעם.


אויך ביים לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד האב איך אן ענליכע פראבלעם, איך זאג די ווערטער אבער נאכדעם כאפ איך אסאך מאל אז איך האב בכלל נישט געטראכט וואס איך זאג, איך האב סתם גע'חלומ'ט און געטראכט פון אנדערע זאך, און דאס שטערט מיר.


איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן צוויי מאל ששה סדרי משנה, און אין ש"ס האלט איך שוין ברוך ה' אינמיטן מסכת שבת, אלעס אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר שרייבן חיזוק אויף דעם, איך האב שוין אסאך מאל געשריבן בריוו צום ראש ישיבה שליט"א אבער איך האב נישט באקומען קיין שום ענטפער. איך האב חלישות הדעת פון דעם, דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט קיין השגה וויפיל חיזוק איך וועל באקומען פון דעם.


איך בעט ממש ברחמים אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ענטפערן ווי שנעלער, דאס וועט אסאך חיזוק און כח צו קענען ווייטער מאכן א נחת רוח פאר'ן הייליגן באשעפער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסט): "מַה צְרִיכִין לְהִתְבַּלְבֵּל, אֵיךְ שֶׁעוֹשִׂין עוֹשִׂין וּבִלְבַד שֶּׁלֹּא לַעֲשׂוֹת רַע חַס וְשָׁלוֹם", מען דארף זיך נישט מבלבל זיין פון גארנישט, "ווי מען טוט טוט מען, אבי מען טוט נישט קיין שלעכטס חס ושלום".


גיי אן מיט דיין עבודת השם יתברך, דאווען און לערן, און טראכט נישט איבער, טראכט נישט אויף צוריק. נאכן דאווענען און נאכן זיך מתבודד זיין - זאלסטו זיך נישט מבלבל זיין מיט וואס עס איז געווען, אזוי ווי דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה פונעם חכם און תם (ספורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "און אז די דאווענען האט א פנים ווי א שוך מיט דריי עקן" – דארף מען זיך אויך מחי' זיין, אזוי ווי דער תם האט זיך מחי' געווען און געזאגט: "וואס פאר א שיינקייט דאס שיכעלע איז, ווי האניגדיג, צוקערדיג, זיס וכו'".


אויך ווען דו לערנסט משניות, גמרא וכו' - זאלסטו זיך נישט מבלבל זיין צי דו פארשטייסט דאס לערנען וכו'; פאלג דעם רבי'ן וואס האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען, זאל מען זאגן די ווערטער, ביז דער אייבערשטער וועט העלפן און מען וועט פארשטיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - דארף איך זיך זארגן אז מיין מאן ארבעט מיט פרויען?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, ספיקות, בלבולים, חשדות, דמיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך קודם באדאנקען פאר די טייערע געוואלדיגע שיעורים וואס רעדן צו מיין הארץ און העלפן מיר אזוי ארויס אין לעבן.


ביי מיין מאנ'ס ארבעט איז אויך דא פרויען, און דאס מאכט מיר זייער שווער אויפ'ן הארץ, איך טראכט אלץ אז אפשר קוקט ער אויף פרעמדע פרויען, אפשר דארף ער מיך בכלל נישט האבן, אפשר איז ער נישט פרייליך מיט מיר. איך ווייס נישט אויב דאס איז נאר מיינע דמיונות, אדער איז דאס אמת'ע חשדות.


איך וויל נישט מצער זיין מיין מאן, ער איז זייער וואויל און גוט צו מיר, ער איז מיר זייער מכבד, ער העלפט אסאך, אבער נאכאלץ דרייען זיך ביי מיר אין מח אסאך חשדות אויף אים. וואס קען איך טון צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חושד זיין דעם מאן טאג און נאכט אז ער קוקט אויף פרעמדע וכו' - איז א מחלה וואס קען חרוב מאכן דאס לעבן. די פרויען וואס קלערן א גאנצן צייט אויפן מאן שלעכט, אז ער האט נישט ליב די ווייב און ער קוקט אויף פרעמדע און טוט נישט גוטע זאכן - דאס איז נישט געזונט, און אמאל זענען די מחשבות אזוי שטארק אז מען דארף גיין צו דאקטוירים דאס צו היילן.


דעריבער זאלט איר אפלאזן די שלעכטע מחשבות און אויפהערן טראכטן שלעכט, ווייל אייער שטוב קען חרוב ווערן. טראכטס נאר גוטס אויף אייער מאן, ווייל ווי אזוי איר וועט טראכטן אויף אים - אזוי וועט ער זיין, אז איר וועט טראכטן ער איז ערליך - וועט ער זיין אן ערליכער איד, און אז איר וועט אים נאכקוקן וועט נישט זיין גוט - נישט פאר אים און נישט פאר אייך.


עס איז דא א סוד וואס מיט דעם סוד קען א פרוי טוישן דעם מאן פון שלעכט צו גוט, פון נישט ערליך צו ערליך, און פון יעדע פראבלעם; דער סוד איז 'שעצן און געבן די גוטע געפיל', אים מאכן פאר דער ווארטזאגער, א פרוי מיט אביסל חכמה קען אויפהייבן איר מאן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער קלוגשאפט ווי פאר א מאן.


ועל כולם בעטס דעם אייבערשטן, און ווען קיינער זעט נישט – זאלט איר זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן פאר אן ערליכע שטוב מיט ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - קען איך בעטן דעם אייבערשטן, ווען איך בין נישט ערליך?
קדושה, תפילה והתבודדות, ספיקות, שמירת עינים, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק און איך לויב דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען הנאה צו האבן צו שעפן אזויפיל עצות און חיזוק פון די שיעורים און בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, און אויך מיין ווייב איז זיך זייער מחי' מיט אלעס.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך האב נאך ליידער א סמארטפאון, דער אייבערשטער זאל אריינגעבן אין מיר א רוח טהרה אז איך זאל תשובה טון, אבער פאקטיש קען איך זיך דערווייל נישט אפרייסן דערפון, דאס איז א באזונדערע מעשה. ווען עס קומט אבער צום בעטן דעם אייבערשטן אויף עפעס, צום ביישפיל אויף פרנסה אדער גוטע קינדער, שפיר איך אז איך קען נישט בעטן דעם אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער איז זיכער ברוגז אויף מיר, און דעריבער האלט איך זיך צוריק פון צו רעדן און צו בעטן דעם אייבערשטן.


איך שפיר אז עס איז אזוי ווי א סתירה, פון איין זייט דערצערן איך דעם אייבערשטן, און פון די אנדערע זייט בעט איך אים זאכן. איז דאס ריכטיג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די סארט מחשבות וואס דו טראכסט, אז דער אייבערשטער הערט דיך נישט אויס - די מחשבות איז פונעם יצר הרע; עס איז נישט אמת, דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעמ'ס געבעט, זאלסטו זיך נישט צוריקהאלטן פון דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן אלעס וואס דו דארפסט.


בעט אויף דעם אליינס, בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן ריינע אויגן און ריינע מחשבות, נישט קוקן קיין עבירות; ווייל אז מען היט נישט די אויגן, מען קוקט עבירות - פארלירט מען אלעס, מען פארלירט סיי די וועלט און סיי יענע וועלט, און אז מען היט די אויגן - איז אזוי גוט און אזוי זיס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - דארף איך טוישן די מנהגים פון מיין טאטע און זיך פירן ווי היכל הקודש?
שבת קודש, ספיקות, היכל הקודש, מנהגים, עבודת השם, בלבולים, ניטל, שבועות, תשעה באב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך האב נעכטן געענדיגט ששה סדרי משנה די צוויי און צוואנציגסטע מאל און היינט האב איך אנגעהויבן נאכאמאל. ברוך ה' איך הער די שיעורים און שמועסן פונעם ראש ישיבה שליט"א, ממש עס פרישט מיך אויף און עס לייגט אריין אמונה און בטחון אין מיינע ביינער. א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


איך וויל פרעגן א שאלה וואס איז מיר צומאל גורם בלבולים, איך רעד לגבי די מנהגים ווי אזוי מען פירט זיך אין היכל הקודש; איך ווייס אז אין היכל הקודש איז דער עיקר צו רעדן פונעם אייבערשטן, א פלאץ פון אמונה, בטחון און תורה ותפילה, און אזוי ווייטער, ווען עס קומט אבער צו פרטיות'דיגע מנהגים, איז מיר עס אפאר מבלבל, צום ביישפיל דאס וואס איך האב געזען תשעה באב אז מען זאגט נישט קיין קינות אום תשעה באב אינדערפרי, נאר מען זאגט נאכאמאל מגילת איכה. אויך דאס וואס מען זאגט נישט די געהעריגע לאנגע תיקון ליל שבועות אום יום טוב שבועות ביינאכט, נאר די קורצע. אויך אום ניטל פירט מען זיך אז מען לערנט יא.


מיין טאטע פירט זיך אזוי ווי אלע פירן זיך, און איך וויל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; זאל איך זיך פירן ווי מיין טאטע אדער ווי אין היכל הקודש?


אויך וויל איך פרעגן, מיין טאטע האט געלערנט אלס אינגל אין סאטמאר און ער איז זייער מקפיד אויפ'ן זמן רבינו תם, סיי לגבי זמן מוצאי שבת קודש און ביים אויספאסטן נאך א תענית; האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי איך זאל זיך פירן, זאל איך ממשיך זיין צו טון אזוי ווי מיין טאטע אדער נישט?


יישר כח


 


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט, געב א קוק אויף תכלית; וואס האסטו אין די האנט? האסט צוויי און צוואנציג מאל ששה סדרי משנה, דאס איז מער פון אלעמען, אויך ווערסטו געשטארקט מיט אמונה און בטחון; אויף דעם זאלסטו קוקן.


מיר זאגן אויך קינות, מיר ליינען מגילת איכה סיי בייטאג און סיי ביינאכט און מיר זאגן די קינות פון ביינאכט, אויך אינדערפרי זאגן מיר די קינות פון ביינאכט, און אז דו ווילסט זאגן דעם גאנצן קינות - קענסטו דאס זאגן.


אזוי אויך קענסטו זאגן דעם גאנצן תיקון ליל שבועות, קיינער זאגט נישט מען זאל דאס נישט זאגן; מוהרא"ש זאגט, מענטשן זאגן בכלל נישט דעם תיקון ליל שבועות ווייל מען זעט אז דאס איז זייער אסאך און דעריבער האלט מען זיך צוריק פון זאגן, אויף דעם ארויף זאגט מוהרא"ש מען זאל זאגן די ערשטע פסוק און די לעצטע פסוק, און די תרי"ג מצוות וואס דאס נעמט נישט לאנג, דאס קענען אלע באווייזן.


בנוגע לערנען ניטל; מוהרא"ש זאגט מען זאל גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פארטאגס לערנען, איך ווייס נישט פארוואס דו קוקסט אויף די אלע זאכן שווארץ.


בנוגע זמן רבינו תם; אודאי און אודאי זאלסטו האלטן די זמן רבינו תם, דאס האט נישט מיט חסידי סאטמאר, דאס איז דער זמן וואס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך, אלע דארפן האלטן דעם זמן.


דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער, זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך, זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה, תפילה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - ווי אזוי קען איך זיך שפירן א חלק פון היכל הקודש?
ספרי ברסלב, ספיקות, היכל הקודש, עצתו אמונה, בלבולים, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה צו הערן די שיעורים פון אמונה. איך בין קראנק אויף די מחלה פון טראכטן א גאנצע טאג, דאגה'ן א גאנצן צייט און פארגעסן אז מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מיט'ן ארבעטן אויף אמונה און תפלה, קען מען אלץ האבן א רואיגע און שיינע לעבן, און מיט די שיעורים פון אמונה ווערט אלעס בעסער.


איך וויל פרעגן וואס איך זאל טון אז איך שפיר וואו איך באלאנג נישט אין היכל הקודש? איך פיל אזוי ווי איך דארף קודם זיך טוישן די וועג ווי אזוי איך גיי אנגעטון, די וועג ווי אזוי איך רעד, און בכלל ווער איך בין, און ערשט נאכדעם וועל איך קענען זיין א חלק פון היכל הקודש.


פון איין זייט בין איך אזוי אליינס, נאר ביי היכל הקודש זאגט מען מיר אז עס איז יא דא פלאץ פאר מיר; אבער פון די אנדערע זייט, האב איך די סארט מחשבות אז איך באלאנג נישט דא.


עס איז זייער שווער פאר מיר, ווייל איך וויל נישט זיין קיין רחמנות. איך שעם זיך אז מענטשן זאלן וויסן וואס גייט אויף מיר אריבער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איז היכל הקודש? ווער איז היכל הקודש? היכל הקודש איז שכל, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן; היכל הקודש איז נישט א וועג ווי אזוי מען דארף רעדן, ווי אזוי מען גייט אנגעטון, היכל הקודש איז חיזוק און עצות ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, ווי אזוי זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן.


איך געדענק ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש, איך האב געמיינט דער איז היכל הקודש, יענער איז היכל הקודש; איך האב געהאט חלישות הדעת פון דעם און פון יענעם, און במשך א שטיק צייט נאכן הערן פון מוהרא"ש איין שיעור נאכן צווייטן, אז זיין א ברסלב'ער חסיד האט נישט מיט מענטשן, נאר דער וואס לערנט דעם רבינ'ס ספרים - דער איז א ברסלב'ער חסיד, מוהרא"ש האט דאס געחזר'ט פאר אונז אן א שיעור מאל, 'קוק נישט אויף קיינעם, ווער נישט איבערגענומען פון דעם פון יענעם, קוק אין די ספרים, לערן די ספרים, לעב מיט די ספרים - דאס איז ברסלב'.


היכל הקודש איז נישט דער אדער יענער, היכל הקודש איז שכל, חיזוק און עצות - וואס מוהרא"ש האט ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, א וועג פאר אונז פשוט'ע מענטשן צו קענען לעבן, זיך קענען אן עצה געבן מיט די שוועריקייטן, דער וואס לערנט די ספרים און פירט זיך מיט די עצות - דער איז היכל הקודש; נישט דער און נישט יענער.


מאכט זיך א שיעור אין די בריוו עצתו אמונה, דאס וועט אייך געבן חיזוק אין אלע שווערע צייטן און אייך ווייזן א שיינע וועג ווי אזוי צו לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - מיינע מחשבות פייניגן מיך, בין איך משוגע?
ספיקות, שמחה, מחשבות, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב א פראבלעם, איך שפיר ווי עס טוט זיך א מלחמה אין מיין קאפ, יעדע נאכט האב איך איינער אין מיין קאפ וואס שרייט א גאנצן צייט, 'ביסט נישט גוט, ביסט שלעכט, ביסט די ערגסטע מענטש, ביסט די ערגסטע מאמע, ביסט די ערגסטע ווייב, פארוואס קענסטו זיך נישט צאמנעמען', א גאנצן טאג הער איך עס אין מיין מח און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך שפיר ממש ווי ס'איז דא דארט צוויי מענטשן וואס טענה'ן זיך; איין קול זאגט, 'דו ביסט נישט נארמאל', און די אנדערע קול ענטפערט צוריק, 'ביסט יא נארמאל', פון איין זייט הער איך 'האסט געמאכט א טעות און דאס מיינט אז דו ביסט די ערגסטע מענטש', און פון די אינדער זייט זאגט מען מיר, 'ס'איז גארנישט, איך מעג מאכן א טעות, עס פאסירט גארנישט'.


'די וועש איז נאכנישט צוזאמגעלייגט, קיינמאל קענסטו זיך נישט צוזאמנעמען, נעבעך אויף דיין מאן אז זיין ווייב קען זיך נישט צוזאמנעמען' -  'ס'איז גארנישט, איך גיי עס שוין באלד צאמלייגן, דו ביסט יא א גוטע מענטש' - 'ניין, ביסט נישט גוט, פארוואס האסטו געדארפט דאס זאגן פאר דיין מאן, פארוואס האסטו געדארפט אזוי רעדן צו דיין מאמע, ביסט די ערגסטע, ביסט נישט גוט'. איך פרוביר זיך צוריק'טענה'ן אבער רוב מאל געוואונט די נישט גוטע קול, און איך הייב טאקע אן טראכטן אז איך בין די ערגסטע פון די וועלט.


עס קען אויסזען ווי איך בין משוגע, אבער איך הער דאס טאקע א גאנצן טאג, איך ווייס נישט ווער ס'רעדט עס אין מיך, איך פיל זיי צו זאגן "גייט זיך טענה'ן אינדרויסן און לאזט מיך אפ", אפשר לייד איך טאקע אויף עפעס א מחלה, אפשר בין איך טאקע נישט נארמאל, און ווער רעדט נאך אויב איך מאך טאקע עפעס א טעות, איך טו עפעס נישט ריכטיג, קען איך זיך נישט מוחל זיין און איך ווער אזוי דעפרעסט.


די עיקר געשעט עס ווען איך בין אליין אינדערהיים, ווען איך הער נישט עפעס אנדערש, און דעריבער פרוביר איך אייביג אנצוצינדן עפעס, א מעשה, א דרשה, אדער א שיעור, עס איז אבער נאכאלץ דא גענוג צייטן וואס עס פאסירט סיי ווי, אפילו ווען איך הער עפעס אדער ווען איך קען נישט אנצינדן עפעס. איך האב נישט אלעמאל געהאט די זאך, עס איז א נייע זאך פון לעצטנס.


אויך בין איך פול מיט פחדים, די עיקר האב איך עס ביינאכט, און נאכדעם קען איך נישט איינשלאפן, אמאל פלעג איך לעבן אזוי רואיג און פרייליך, איך ווייס נישט וואס איז געשען מיט מיך די לעצטע פאר וואכן.


איך בעט זייער אויב דער ראש ישיבה קען מיך העלפן, איך קען נישט אזוי ווייטער גיין, איך פיל ווי איך ווער משוגע, איך בעט דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל מיך קענען עפעס צוריקשרייבן מיך צו מחזק זיין און אויסהיילן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, ל"ח שובבי"ם, כ"ד שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען עס קומען אריין די שלעכטע מחשבות זאלט איר זיך נישט טענה'ען מיט זיי, ווייל ווי מער מען טענה'ט מיט די מחשבות - ווערן זיי נאר שטערקער און שטערקער. די ריכטיגע עצה איז אנהויבן טראכטן פונעם אייבערשטן, טראכטס: 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, אלעס איז נאר ער און ער איז אלעס'; אזוי וועלן אוועק גיין די שלעכטע מחשבות.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן עב): "כִּי זֶה טֶבַע וּסְגֻלַּת שֶׁל אֵלּוּ הַיְצָרִין הָרָעִים הַמְזֹהָמִים", אזוי ארבעט די שלעכטע שמוציגע יצר הרע, "כָּל מַה שֶּׁרוֹצִים לְהִתְגַּבֵּר עַל אֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת", ווי מער מען וויל זיך שטארקן אויף זיי, "יוֹתֵר וְיוֹתֵר הֵם מִתְגַּבְּרִים", שטארקן זיי זיך שטערקער אויפ'ן מענטש. "כִּי הוּא כְּמוֹ שֶׁאָדָם בּוֹרֵחַ מִדָּבָר", די מחשבות זענען אזוי ווי ווען מען לויפט אוועק פון איינעם, "וּמִסְתַּכֵּל מִן הַצַּד כִּלְאַחַר יָד עַל זֶה הַדָּבָר שֶׁבָּרַח מִמֶּנּוּ", און אז מען קוקט צוריק אויף די זאך פון וואס מען לויפט אוועק - "וַאֲזַי הַדָּבָר הַזֶּה מִתְגַּבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר", דעמאלט ווערט יענע זאך שטערקער, "כִּי לֹא הִסִּיחַ דַּעְתּוֹ מִזֶּה", ווייל ווען זיי זעען ווי מען קוקט צוריק - דאס מאכט זיי זאלן ווייטער נאכלויפן, "רַק אַדְּרַבָּא, שֶׁמִּסְתַּכֵּל בְּכָל פַּעַם לְאַחֲרָיו עַל זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה", אדרבה, זיי ווערן נאר שטערקער ווען זיי זעען ווי מען קוקט צוריק אויף זיי; אזוי ארבעט די שלעכטע מחשבות, ווי מער מען וויל זיך שטארקן אויף זיי - ווערן זיי שטערקער.


מאכט זיך נישט וויסנדיג פון די מחשבות. ווען עס קומט אריין די שלעכטע מחשבה וואס קלאפט אייך אראפ אז איר זענט נישט גוט - זאלט איר אנהויבן בעטן אויף שמחה און אויף אמונה, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין פרייליך, בעטס די תפילה:


"רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז די פיס, אז איך זאל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די עצבות און מרה שחורה. העלף מיר איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר; איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


טוט אלעס וואס מאכט אייך פרייליך; הערט לעבעדיגע ניגונים, פרייליכע ניגונים. טאנצט און זינגט, טוט אלעס וואס מאכט פרייליך. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, שם): "גַּם עַצְבוּת הוּא מַזִּיק מְאֹד וְנוֹתֵן כֹּחַ לְזֶה הַיֵּצֶר הָרָע הָעָב הַגַּשְׁמִי", זיין דערביטערט און דעפרעסט איז זייער מסוכן פאר די שלעכטע מחשבות; עס מאכט שטערקער די שלעכטע מחשבות, און פארקערט, שמחה, פרייליכקייט - נעמט אוועק די אלע מחשבות, עס צעברעכט דעם יצר הרע.


זייט שטארק מיט די צוויי עצות. איינס, יעדע מאל עס קומט אן די שלעכטע שווערע מחשבה - זאלט איר גלייך בעטן אויף אמונה און שמחה. צווייטנס, טון וואס מען קען נאר צו זיין פרייליך; וועט איר פטור ווערן פון די שלעכטע מחשבות, איר וועט זיין א פרייליכע ווייב און א געזונטע מאמע פאר די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - פארוואס בין איך געבוירן געווארן אלס איד?
ספיקות, היכל הקודש, שמחה, שאלות, שולד געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר זיך אינגאנצן פארלוירן, איך בין מקורב געווארן צו היכל הקודש א שטיק צייט צוריק, איך פרוביר צו הערן די שיעורים און פאלגן וואס מען רעדט, עס העלפט מיר טאקע אסאך אנצוגיין אין לעבן, עס דערנענטערט מיך צום אייבערשטן, איך בין אבער נאכאלץ פול מיט שאלות און ספיקות וואס איך זוך ענטפערס אויף זיי, און דאס מאכט מיך אסאך יסורים, איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן בריוו צום ראש ישיבה שליט"א אבער איך האב דערווייל נאכנישט באקומען אן ענטפער.


איך שפיר ווי א פארלוירענער, אפשר וויל דער ראש ישיבה שליט"א מיך נישט האבן אין היכל הקודש? אדער קען זיין אז עס איז בלויז מניעות און עס איז מיין נסיון אויף וואס איך דארף זיך שטארקן? איך שפיר אבער ווי איך שטיי ביים עק פונעם שטריק און איך האלט שוין אט אט ביים אראפפאלן.


עס מאכט זיך צייטן וואס איך וויין פארוואס איך בין נישט געבוירן געווארן אלס גוי, אן די אלע אינערליכע שולד געפילן, אן די פילע ספיקות און קווענקלענישן וואס ברענען אין מיר, און איך וואלט געקענט טון אלעס וואס גלוסט מיר נאר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טאנץ פאר שמחה "שלא עשני גוי", מיט דעם אליינס אז מיר זענען אידישע קינדער - איז שוין גענוג אויף צו זיין פרייליך.


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק (חג השבועות, אות יג), א מורא'דיגע מעשה. דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפ'ן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי זיך, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחי' ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


וואס איז געשען מיט דיר? ביסטו אריינגעפאלן אין אזא עצבות אז דו ווילסט זיין א גוי?! דו שרייבסט אז דו וויינסט דו ווילסט זיין א גוי - אזוי קען מען אלעס טון, און אלס אידיש קינד - קענסטו נישט טון וואס דו ווילסט; וואס איז מיט דיר? וואס קענסטו יעצט נישט טון אלס איד? א איד איז דאך א קינד פון אייבערשטן, מיר האבן א טאטע וואס זאגט אונז צו טון זאכן וואס איז גוט פאר אונז, דער אייבערשטר וויל נאר גוטס פאר אונז; מיר זענען נישט געשטראפט מיט דעם וואס מיר האבן די תורה, מיר זענען געבענטשט מיט די תורה.


איך וויל דיך פרעגן, ווען דיינע קינדער וויינען אז דו לאזט זיי נישט קריכן ביים פענסטער, און דו לאזט זיי נישט טון אנדערע נישט גוטע זאכן - טראכטן זיי אויך 'א שאד מיר האבן א טאטע וואס לאזט אונז נישט קריכן ביים פענסטער, און ווי גליקליך זענען די קינדער יתומים וואס קענען טון וואס זיי ווילן'? אדער ווען די קינדער ווילן בלייבן אין גאס ביינאכט און דו האסט רחמנות אויף זיי, וויינען זיי אויך אויף דעם וואס זיי קענען נישט טון וואס זיי ווילן? א מענטש מיט אביסל שכל וועט זאגן: 'טייערע קינדערלעך, ענקער טאטע האט ענק ליב, ער וויל ענק זאלן נישט ארויספאלן פון פענסטער און ענק זאלן אהיים קומען צייטליך, איר זאלט נישט אנקומען צו סכנות, וואס וויינט איר קינדערלעך...?' דאס איז נאר א שטיקל משל, א איד איז דאך א קינד פונעם אייבערשטן, מיר זענען אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, דעריבער זאגט אונז דער אייבערשטער 'טו נאר זאכן וואס וועט זיין גוט פאר דיר'.


די הייליגע חכמים זאגן אונז (תנחומא שמיני, ו) אויפן פסוק (דברים ד, ד): "'וְאַתֶּם הַדְּבֵקִים בַּה' אֱלֹקֵיכֶם', מָשָׁל לְמָה הַדָּבָר דּוֹמֶה, לְרוֹפֵא שֶׁהָלַךְ לְבַקֵּר שְׁנֵי חוֹלִים", עס איז צוגעגליכנט צו א דאקטער וואס צוויי קראנקע מענטשן זענען געקומען זיך היילן, דער דאקטער באקוקט זיי ביידע, "רָאָה אֶחָד מֵהֶם שֶׁהָיָה בְּסַכָּנָה", איינער איז אין א סכנה, ער גייט סיי ווי שטארבן, "אָמַר לִבְנֵי בֵיתוֹ" זאגט דער דאקטער פאר די משפחה: "תְּנוּ לוֹ כָּל מַאֲכָל שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ", געבט אים צו עסן אלעס וואס ער בעט, "רָאָה הָאֶחָד שֶׁעָתִיד לִחְיוֹת", און דער דאקטער זעט דער צווייטער גייט ווערן אויסגעהיילט, ער גייט לעבן, "אָמַר לָהֶם" זאגט ער פאר די משפחה: "כָּךְ וְכָךְ מַאֲכָל יֹאכַל וְכָךְ וְכָךְ לֹא יֹאכַל", געבט אים נישט צו עסן אלעס, נאר די און די עסן, "אָמְרוּ לָרוֹפֵא, מַה זֶּה", פרעגט מען דעם דאקטער וואס גייט דא פאר, "לָזֶה אַתָּה אוֹמֵר יֹאכַל כָּל מַאֲכָל שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ, וְלָאַחֵר אָמַרְתָּ לֹא יֹאכַל כָּךְ וְכָךְ", איינעם לאזט מען יא עסן אלעס און דער צווייטער מעג נישט עסן אלעס? "אָמַר לָהֶם הָרוֹפֵא", זאגט דער דאקטער: "לְזֶה שֶׁהוּא לְחַיִּים, אָמַרְתִּי לוֹ זֶה אֱכֹל וְזֶה לֹא תֹּאכַל", דער חולה גייט לעבן דארף ער זיך אכטונג געבן וואס ער עסט, "אֲבָל אוֹתוֹ שֶׁהוּא לְמִיתָה, אָמַרְתִּי לָהֶם, כָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ תְּנוּ לוֹ, שֶׁאֵינוֹ לְחַיִּים", אבער דער וואס גייט סיי ווי שטארבן - קען עסן וואס ער וויל. אזוי אויך זאגט דער אייבערשטער פאר אידישע קינדער, "יִשְׂרָאֵל שֶׁהֵם לְחַיִּים", אידישע קינדער וואס בלייבן לעבן, "אָמַר לָהֶם" זאגט דער אייבערשטער: "'וִהְיִיתֶם קְדֹשִׁים כִּי קָדוֹשׁ אָנִי', 'אַל תְּשַׁקְּצוּ אֶת נַפְשׁוֹתֵיכֶם', 'אֶת זֶה תֹּאכְלוּ', 'וְאֶת זֶה לֹא תֹּאכֵלוּ', 'לֹא תִּטַּמְּאוּ בָּהֶם וְנִטְמֵתֶם בָּם', לָמָּה", פארוואס, "שֶׁהֵם לְחַיִּים", אזוי ווי עס שטייט: "וְאַתֶּם הַדְּבֵקִים בַּה' אֱלֹקֵיכֶם, חַיִּים כֻּלְּכֶם הַיּוֹם".


ברודער שטארק זיך מיט התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן א שטארקע אמונה, דו זאלסט שפירן דעם אייבערשטן. בעט נאר אויף די זאך, אויף א שטארקע אמונה; ביז דו וועסט זוכה זיין שפירן דעם אייבערשטן, ווייל דורך תפילה והתבודדות קומט מען צו אמונה.


שרייב מיר דיינע שאלות און ספיקות און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר ענטפערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - קען איך זיך פארלאזן אויף מיין הרגשה, צו וויסן וואס צו טון?
הלכה, תפילה והתבודדות, ספיקות, יחודים, מדריגות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן איבער דעם וואס אסאך מאל ווען איך האב ספיקות וואס צו טון, האב איך דעמאלט אן הרגשה אז דער אייבערשטער וויל איך זאל טון אזוי און אזוי, אויב מען קען זיך פארלאזן אויף דעם.


מוהרא"ש האט געגעבן א סימן אז ווען דער שם הוי"ה שיינט פאר די אויגן בקביעות, זענען די מחשבות פון דעם מענטש אמת'דיג פונעם אייבערשטן, וויל איך פרעגן לעת עתה אז איך בין נאך זייער ווייט פון דעם, ווי אזוי קען איך וויסן אויב איז עס טאקע רצון השם אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער ענטפער איז, מוהרא"ש זאגט אז דורך התבודדות ווייסט מען וואס מען האט צו טון. התבודדות איז, מען זאל זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט.


התבודדות קלארט אויס דעם מענטש און ווייזט אים וואס ער האט צו טון. יעדעס מאל מען האט א ספק, מען ווייסט נישט 'יא' אדער 'ניין', 'גיין' אדער 'נישט גיין', 'טון' אדער 'נישט טון', - בעט מען דעם אייבערשטן, מען שמועסט זיך אויס, מען שמועסט אויס אלע פרטים און נאכדעם באקומט מען רמזים פון הימל ווי אזוי מען זאל זיך פירן.


פארשטייט זיך אז דאס דארף זיין געבינדן מיט'ן שלחן ערוך; דאס הייסט, נאר אויב עס איז מיט די הלכה. חס ושלום צו זאגן אז מען האט א רמז צו טון עבירות, חס וחלילה צו זאגן 'איך האב געמאכט התבודדות און עס איז מיר קלאר אז איך דארף טון זאכן קעגן די תורה'; מען רעדט נאר זאכן וואס זענען מותר צו טון, מען שמועסט זיך אויס, מען בעט דעם אייבערשטן, און מען באקומט תשובות וואס מען האט צו טון.


דאס איז אויך די וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו זען שטענדיג די שם הוי"ה ברוך הוא; ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין און לויטער, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן, ביז מען איז זוכה צו די מדריגה פון גרויסע צדיקים, צו זען שם השם פאר זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.