לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך נעם אזוי סאך חיזוק פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז איך קען זיך נישט גענוג באדאנקען אויף דעם.
איך וויל פרעגן א זאך וואס קוקט אפשר אויס ווי א קלייניקייט אבער פאר מיר איז עס א גרויסע צרה; איך ארבעט ביי א געוויסע קאמפאני שוין פאר די לעצטע צוואנציג יאר, לעצטנס האבן זיי מיר אנגעהויבן צאלן ווייניג, ווייל זיי טענה'ן אז איך האב שוין נישט די כוחות צו ארבעטן געהעריג. איך קען שוין נישט יעצט אנהויבן זוכן און טון א נייע פרנסה, האב איך נישט קיין אנדערע ברירה נאר צו זיין דארט פארשקלאפט, ארבעטן יעדן טאג א גאנצן טאג פאר די פאר דאלער וואס איך באקום.
איך וויין אסאך ביי די נעכט ווייל ס'טוט מיר זייער וויי. כ'האב אוועקגעגעבן מיינע שענסטע יארן ארבעטנדיג שווער פאר די קאמפאני, און יעצט ווען איך וויל שוין האבן אביסל מנוחה, דארף איך ווייטער ארבעטן שווער, אבער איך באקום כמעט גארנישט, איך שפיר ווי אן אויסגענוצטע שמאטע. וואס קען איך טון?
יישר כח
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וויינען וואלסטו געדארפט די אלע יארן וואס דו האסט געמיינט אז דו האסט עפעס וכו', די אלע יארן וואס דו האסט אוועק געגעבן דיין צייט פאר די ביזנעס, האסט אוועק געגעבן דיין משפחה, דיינע קינדער, דיין שחרית מנחה מעריב - פאר די ארבעט; דעמאלט ביסטו געווען א רחמנות, יעצט ווען מען לייגט דיר אין די זייט וכו', - ביסטו שוין א געהאלפענער; לכל הפחות יעצט ווען דו זעסט מיט דיינע אויגן וואס דער לעבן איז - קענסטו אנהייבן לעבן.
דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "הָעוֹלָם הַזֶּה אֵינוֹ כְּלוּם", נישטא גארנישט אויף דער וועלט, "רַק לִמְשֹׁךְ אֶל הַתַּכְלִית הַנִּצְחִי", אויסער דינען דעם אייבערשטן, "וְאֵין לְהִסְתַּכֵּל אִם יִהְיֶה לוֹ מָעוֹת אִם לָאו", מען דארף זיך נישט זארגן אויב מען וועט האבן געלט אדער נישט, "כִּי בֵּין כָּךְ וּבֵין כָּךְ יְבַלֶּה יָמָיו בְּשָׁוֶה", סיי מיט געלט און סיי ווען מען האט נישט קיין געלט גייט אריבער דער לעבן אייניג. "כִּי הָעוֹלָם הַזֶּה מַטְעֶה אוֹתָנוּ לְגַמְרֵי", די וועלט נארט אונז, "שֶׁמַּרְאֶה אֶל הָאָדָם כְּאִלּוּ הוּא מַרְוִיחַ בְּכָל פַּעַם", עס דאכט זיך שטענדיג אז יעצט מאכט מען אסאך געלט, "וּבַסּוֹף אֵינוֹ כְּלוּם", און ביים סוף האט מען גארנישט קיין געלט, "כַּאֲשֶׁר נִרְאֶה בְּחוּשׁ בְּרֹב בְּנֵי אָדָם שֶׁעוֹסְקִים וְעוֹבְדִים יָמִים וְשָׁנִים בִּסְחוֹרוֹת וּמַשָּׂא וּמַתָּן, וּלְבַסּוֹף כְּשֶׁבָּאִין לְחֶשְׁבּוֹן אֵין נִשְׁאָר בְּיָדָם כְּלוּם", אזוי ווי מען זעט קלאר, רוב מענטשן ארבעטן זייער גאנץ לעבן און ביים סוף ווען מען מאכט די חשבון וואו די געלט איז - זעט מען אז מען האט גארנישט, עס איז א גרויסער דמיון, "וְאִם אֲפִלּוּ מַשִּׂיג מָעוֹת לוֹקְחִין אוֹתוֹ מִן הַמָּעוֹת", און אפילו די מענטשן וואס פארדינען יא געלט - האבן אויך גארנישט פון די געלט, מען נעמט זיי אוועק פון די געלט, "וְהַכְּלָל, שֶׁשְּׁנֵיהֶם אֵין לָהֶם קִיּוּם בְּיַחַד, דְּהַיְנוּ הָאָדָם עִם הַמָּעוֹת", נישטא אזא זאך עס זאל בלייבן ביידע זאכן - דער מענטש מיט די געלט, "רַק אוֹ שֶׁלּוֹקְחִין הַמָּעוֹת מִן הָאָדָם", אדער פארלירט מען די געלט, "אוֹ שֶׁלּוֹקְחִין הָאָדָם מֵהַמָּעוֹת", אדער בלייבט די געלט און דער מענטש גייט אוועק פון די געלט, מען שטארבט, "וּמֵעוֹלָם לֹא נִמְצָא שֶׁיִּשָּׁאֵר אֶחָד עִם הַמָּעוֹת, רַק כַּנִּזְכָּר לְעֵיל", עס איז נאכנישט געווען אזא זאך אז דער מענטש זאל בלייבן אויף דער וועלט מיט זיין געלט. "גַּם הֵיכָן הוּא כָּל הַמָּעוֹת שֶׁעוֹשִׂין מִימוֹת עוֹלָם?" דער רבי פרעגט, אויב געלט איז א מציאות, דאן וואו איז די געלט פון די גאנצע וועלט, "כִּי מֵעוֹלָם עוֹשִׂין תָּמִיד מָעוֹת, וְהֵיכָן הוּא כָּל הַמָּעוֹת", אלע מאכן דאך שטענדיג געלט, איז וואו איז די געלט? "רַק בֶּאֱמֶת אֵינוֹ כְּלוּם לְגַמְרֵי", נאר וואס דען, די גאנצע זאך פון געלט איז א דמיון; קוק נאך די גאנצע שיחה פון רבי'ן.
א נס אז דו האסט זיך יעצט געכאפט וואו דו ביסט אויף דער וועלט, קענסטו זיך כאטשיג יעצט אנגרייטן אביסל צדה לדרך; באלד גייען מיר אוועק אויף א לאנגע וועג, מען וועט דארט זיין זייער הונגעריג און דורשטעריג, מען דארף זיך אנגרייטן עסן און טרינקען פאר די לאנגע וועג, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן כג) "בָּעוֹלָם הַבָּא מֻנָּחִין כַּמָּה בְּנֵי אָדָם בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים בְּקוֹל מַר", אויבן אין הימל איז דא נשמות וואס שרייען מיט א ביטערע קול: "תְּנוּ לָנוּ מַה לֶּאֱכֹל", געבט אונז עסן, מיר זענען הונגעריג, געבט אונז טרינקען מיר זענען דורשטעריג, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים לָהֶם: 'הֲרֵי לָכֶם אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה אִכְלוּ וּשְׁתוּ'", מען ברענגט זיי עסן, מען זאגט זיי דא האט איר פיינע עסן, מען ברענגט זיי טרינקען און מען זאגט זיי דא האט איר פיינע טרינקען, "וְהֵם מְשִׁיבִים 'לֹא לֹא, אֵין אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה זֹאת, רַק אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה שֶׁל תּוֹרָה וַעֲבוֹדָה'", די נשמות שרייען ניין, ניין, נישט דאס מיינען מיר, נישט די עסן, מיר דארפן עסן פון לערנען און דאווענען, "וְכֵן מֻנָּחִים כַּמָּה בְּנֵי אָדָם עֲרֻמִּים בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים גַּם כֵּן מְאֹד", נאכדעם איז דא נשמות וואס שרייען: "תְּנוּ לָנוּ בַּמֶּה לְהִתְכַּסּוֹת", ברענגט אונז קליידער מיר דארפן זיך צודעקן, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים: 'הֲרֵי לָכֶם מַלְבּוּשִׁים'", מען ברענגט זיי קליידער, מען זאגט זיי דא האט איר קליידער, "וְהֵם מְשִׁיבִים: 'לֹא, אֵין אֵלּוּ מַלְבּוּשִׁים נִצְרָכִים לָנוּ כְּלָל'", זאגן זיי ניין, ניין, נישט די סארט קליידער דארפן מיר: "רַק אָנוּ צְרִיכִים מִצְווֹת וּמַעֲשִׂים טוֹבִים לְהִתְלַבֵּשׁ בָּהֶם", מיר דארפן קליידער פון מצוות און מעשים טובים. דער רבי האט אויסגעפירט: "אַשְׁרֵי מִי שֶׁזּוֹכֶה לֶאֱכֹל כַּמָּה פְּרָקִים מִשְׁנָיוֹת וְלִשְׁתּוֹת אַחַר כָּךְ אֵיזֶה קַפִּיטְלִיךְ תְּהִלִּים, וּלְהִתְלַבֵּשׁ בְּאֵיזֶה מִצְווֹת", וואויל איז דער מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות און טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות און מעשים טובים.
דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט רחמנות געהאט אויף דיר, ער האט דיר אויפגעוועקט פון דיין טיפע לאנגע שלאף. וואס וואלסטו געטון ווען מען הייבט דיר אויף העכער און העכער אין די ארבעט, וואלסטו געמיינט ביזן שטארבן אז דו האסט עפעס, דו וואלסט זיך גענארט ביזן גרוב מיט דיין גוטע ארבעט און דו וואלסט אוועק פון דער וועלט מיט א גוטע דשאב, מיט א גוטע סעלערי; יעצט האסטו כאטשיג צייט זיך צו גרייטן מיט תכלית און זיך גוט אויסלאכן פון די וועלט וואס נארט אפ יעדן איינעם.
איך וויל דיר פרעגן א פריוואטע קשיא, ווער נישט באליידיגט; האסט שוין איין מאל געענדיגט אין דיין לעבן ששה סדרי משנה? האסט שוין איין מאל גענדיגט ש"ס בבלי? ירושלמי? תוספתא? רמב"ם? טור? שלחן ערוך? מדרש רבה? מדרש תנחומא? זוהר הקדוש? תיקוני זוהר? אויף דעם דארפסטו וויינען ביינאכט, דאס טאר נישט לאזן שלאפן דעם מענטש; ביסט שוין נישט קיין אינגערמאן, מיט וואס וועסטו צוריק גיין צום אייבערשטן...?!
הייב אן לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה; גרייט זיך אן פון די ריכטיגע סחורה וואס בלייבט ביים מענטש אין די עלטערע יארן, אזוי ווי רבי נהוראי זאגט: (קידושין פב:): "שֶׁכָּל אוּמָנוּת שֶׁבָּעוֹלָם אֵין עוֹמְדוֹת לוֹ אֶלָּא בִימֵי יַלְדּוּתוֹ", אלע סארט ארבעט ברענגט געלט אין די יונגע יארן, "אֲבָל בִּימֵי זִקְנוּתוֹ הֲרֵי הוּא מוּטָל בָּרָעָב", אבער אין די עלטערע יארן ווען מען קען מער נישט ארבעטן גייט מען אויס פאר הונגער, "אֲבָל תּוֹרָה אֵינָה כֵּן", אבער די תורה איז נישט אזוי, "עוֹמֶדֶת לוֹ לְאָדָם בְּעֵת יַלְדוּתוֹ, וְנוֹתֶנֶת לוֹ אַחֲרִית וְתִקְוָה בְּעֵת זִקְנוּתוֹ", דער וואס לערנט תורה - העלפט עס לעבן אין די יונגע יארן און אין די עלטערע יארן; דאס בלייבט מיט'ן מענטש, דאס נעמט מען מיט.
א פרייליכן יום טוב.