שאלה אין קורצן ענין
#14 - ווי אזוי ווערט מיין ווייב פטור פון א מנוול?
צניעות, קדושה, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב האט ברוך ה' א גוטע פאסטן, זי ארבעט אויפ'ן טעלעפאן אויפצוהויבן און ארויסהעלפן מענטשן אויפ'ן טעלעפאן פאר א פירמע, און זי איז ברוך ה' זייער צופרידן פון איר ארבעט.


היינט האט זי אויפגעהויבן א טעלעפאן פאר איינעם, און יענער איז געווען א מנוול וואס האט אנגעהויבן רעדן נישט איידל צו איר, און איר געזאגט זי זאל אפשרייבן זיין טעלעפאן נומער, און נאך אזעלכע זאכן. מיין ווייב איז זייער דערשראקן געווארן פון דעם, זי ווייסט נישט ווער דער מענטש איז און זי ווייסט נישט וואס צו טון.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א איר שרייבן חיזוק און עצות ווי אזוי זי זאל זיך פירן אין אזא מצב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דיין ווייב זי זאל ווייטער ארבעטן, זי זאל זיך נישט דערשרעקן פון קיינעם; פון היינט און ווייטער אויב איינער רעדט מיט איר איין ווארט מער פון וואס עס איז נוגע פאר די ארבעט זאל זי אראפלייגן דעם טעלעפאן און מער נישט רעדן מיט יענעם, און ווייטער רעדן מיט אנדערע וואס רופן וועגן די ארבעט.


ליידער זענען דא אסאך מנוולים וואס זוכן צו מאכן קשרים מיט פרעמדע פרויען, דער עיקר וועג ווי אזוי זיי זענען ליידער מצליח איז דורך ווארפן א פחד און מורא; זיי ווארענען אז אויב מען וועט דערציילן וועלן זיי הרג'נען וכו', ביז דער קרבן פאלט אריין אין א קטנות הדעת און מען פאלט אראפ.


דעריבער דארף מען אויסלערנען קינד און קייט אז מען זאל נישט מורא האבן פון קיינעם נאר פונעם אייבערשטן; ווי מער מען נעמט אריין אמונה אין זיך אלץ מער פאלט אוועק די קליפות און עבירות. אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אונז געלערנט: "א סגולה אנטקעגן רשעים - שלא לפחוד, נישט מורא האבן".


ווען מען לעבט מיט אמונה אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער נעמט מיר ארום און היט מיר - ווערט מען נישט דערשראקן פון קיינעם; די מנוולים שפירן דאס, זיי ווייסן אויך צו וועם זיי זאלן צוגיין, זיי ווערן בטל ומבוטל פאר דעם וואס לעבט מיט אמונה.


זאג דיין ווייב זי זאל צוריק גיין צו די ארבעט און נישט מורא האבן פון קיינעם; אויב איינער הויבט אן רעדן מיט איר איבעריגע ווערטער וואס איז נישט נוגע צום ארבעט זאל זי גלייך אראפלייגן דעם טעלעפאן און פטור אן עסק.


א שאד אז מען לערנט דאס נישט מיט אלע קינדער פון קליינווייז אן; סיי מיט די אינגלעך און סיי מיט מיידלעך, אז מען זאל נישט מורא האבן פון קיין שום מענטש און נישט פון קיין שום מלאך נאר פונעם אייבערשטן אליינס. דעמאלט וואלט מען זיך געקענט איינשפארן אסאך עגמת נפש, ווייל די גאנצע וועג ווי אזוי די מנוולים זענען מצליח צו טון עבירות מיט אנדערע, איז נאר דורך ווארפן א פחד, צונעמען די מח פונעם מענטש השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - מעג איך פארן אליין אין א טעקסי?
חיזוק פאר מיידלעך, צניעות, טעקסי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס געהאט צוויי מעשיות מיט א טעקסי, און איך טראכט אויב איך מעג בכלל פארן מיט א טעקסי.


איין טאג האב איך געדארפט פארן אליין, און דער דרייווער האט מיר געוואלט געבן זיין טעלעפאן נומער און איך האב נישט געוואלט, האט ער מיט פרובירט צו געבן געלט און איך האב געזאגט אז איך דארף נישט. למעשה ביים אנקומען האט ער נישט געוואלט נעמען קיין געלט פון מיר.


א צווייטע מאל האט מיין טאטע מיר געבעטן צו נעמען די קינדער מיט א טעקסי, און דער דרייווער האט קודם געזאגט אז ס'וועט קאסטן 30 און ביים אנקומען האט ער געטוישט די פרייז צו 50, און ער האט ארויסגענומען די קינדער פון די קאר און מיר האט ער נישט געלאזט ארויסגיין ביז איך צאל אים. ביז איך האב אים געזאגט אז איך וועל פרעגן מיין טאטע וואס צו טון, האט ער מיר געלאזט גיין.


זאל איך מער נישט פארן מיט א טעקסי? און אויב מיין טאטע בעט מיר וואס זאל איך טון?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין טאטע בעט דיר זאלסט העלפן נעמען די קינדער מיט א טעקסי וכו'; די בעסטע וועג פאר א מיידל איז צו באשטעלן א טעקסי מיט א פרוי דרייווער, אויב עס איז נישטא א פרוי דרייווער און עס איז זייער וויכטיג קענסטו נעמען א טעקסי אבער נאר מיט די פאלגענדע תנאים:


א) זאלסט נישט רעדן מיט'ן דרייווער קיין שום זייטיגע שמועסן און אז דער דרייווער פרעגט דיר דיין נאמען זאלסטו אים נישט ענטפערן, אז דו האסט א טעלעפאן מיט דיר זאלסטו רעדן אויפ'ן טעלעפאן אדער זיך מאכן ווי דו רעדסט מיט איינעם. אזוי אויך אז ער וויל דיר געבן זיין פריוואטע נומער זאלסטו זיך נישט וויסנדיג מאכן און אים נישט קוקן אין זיינע טמא'נע אויגן, זאלסט נאר ענטפערן אויף פראגעס וואס האט צוטון מיט די נסיעה.


ב) אויך זאלסטו נאר זיצן אין די אונטערשטע זיץ, זאלסט קיינמאל נישט אריין גיין אין א קאר זיצן נעבן דעם דרייווער ווען דער דרייווער איז א מאן'ס פערזאן, זאלסט זיצן אין די אונטערשטע זיץ.


ג) דאס אלעס איז אויך נאר אין די שעות ווען עס איז ליכטיג, בייטאג; אבער ביינאכט זאלסטו בשום אין אופן נישט פארן אליינס מיט א טעקסי וואס א מאן דרייווט, דאס איז יחוד וואס איז זייער א הארבע עבירה, לויט רוב פוסקים איז איסור יחוד גאר א דאורייתא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - מעגן די מיידלעך מיטזינגען די זמירות שבת?
שבת קודש, הלכה, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און דרשות.


איך האב געהערט לעצטנס ביי א דרשה ווי איר זאגט אז די משפחה קען זינגען אינאיינעם די זמירות שבת, דער טאטע מיט די מאמע מיט די קינדער.


איך מיין אז דאס איז קעגן די הלכה, אויב ווייס איך גוט איז די הלכה אז דער טאטע מעג טאקע הערן זיין ווייב און טעכטער זינגען, אבער למעשה איז קול באשה ערוה, און ער טאר נישט זאגן קיין דברים שבקדושה בשעת זיי זינגען. אזוי ווי ווען זיי זענען נישט צוגעדעקט צניעות'דיג איז דאס נישט קיין פראבלעם פאר'ן טאט'ן און מאן, אבער ער טאר נישט דעמאלט זאגן קיין דברים שבקדושה אין פארנט פון זיי.


איך האף איר וועט מיר דאס ענטפערן און קלאר שטעלן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, י"ט אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין שאלות ותשובות ברסלב (ג' אלפים, תמ"ד) פרעגט איינער אן מוהרא"ש אזא שאלה: "איך פיר זיך צו זינגען זמירות שבת קודש צוזאמען מיט מיינע קינדער, אבער היות איך האב שוין עלטערע מיידלעך, וויל איך פרעגן אויב זיי מעגן מיט זינגען צוזאמען מיט מיר די זמירות שבת?" און מוהרא"ש ענטפערט אים: "אשריך ואשרי חלקך שאתה שר ומזמר זמירות בשולחן השבת עם כל הילדים", וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו זינגסט זמירות שבת ביי די סעודה מיט אלע דיינע קינדער, "שרבינו זכרונו לברכה הקפיד על זה מאד מאד, ורצה שאנשי שלומינו ישירו בכל שבת את שירי השבת ויאמרו את כל הזמירות ולא יתביישו מאף אחד, כי עיקר היהדות זה תמימות ופשיטות", ווייל דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל זינגען יעדן שבת ניגונים לכבוד שבת, און מען זאל זאגן און זינגען אלע זמירות און זיך נישט שעמען פון קיינעם, ווייל זינגען זמירות אין שבת איז אן עיקר אין אידישקייט.


זאגט מוהרא"ש ווייטער: "ולכן גם הבנות הגדולות יכולות לשיר, כי סוף כל סוף זה בתוך המשפחה", דעריבער קענסטו זינגען מיט דיינע מיידלעך די זמירות ווייל דאס איז דאך דיין משפחה. "וכמובן, שאסור שיהיו שמה אנשים זרים", פארשטייט זיך אז עס טארן זיך נישט געפונען דארט פרעמדע מענטשן, ווייל (ברכות כד:): "קוֹל בְּאִשָּׁה - עֶרְוָה", פרעמדע מענטשן טארן נישט הערן פרויען זינגען, "אבל בתוך המשפחה, שלא נמצאים רק אתה ואשתך והילדים - מותר גם לבנות הגדולות לשיר", אבער מיט דיין משפחה אליין, ווען נאר דיין ווייב און קינדער זענען ביי די סעודה קענען זיי מיט זינגען די זמירות.


מוהרא"ש פירט אויס די תשובה: "וזה מעיקר החינוך - לחנך את הילדים שישירו זמירות בשבת, שזה דבר גדול מאד מאד", זינגען זמירות מיט די קינדער איז אן עיקר און א יסוד אין חינוך, דאס ברענגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - פארוואס דארף מען היטן טהרת המשפחה?
הלכה, צניעות, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער צעמישט, און איך שפיר אז דער ראש ישיבה איז דער איינציגסטער וואס קען מיר העלפן, איך לערן זיך אזויפיל פון די שיעורים, און דאס העלפט מיר שטייגן אין לעבן.


איך האב נישט קיין געפיל צו די הלכות פון טהרת המשפחה, איך פארשטיי נישט פארוואס איך דארף זיך רייניגן וכו' און איינהאלטן אלע איבריגע הלכות, וואס טוט דאס אויף, און צו וואס פעלט עס אויס בכלל?


איך שפיר ווי איך ווער אונטערדרוקט אז איך טאר נישט טון דאס און יענץ, א פרוי גייט דורך גענוג שווערע יסורים מיט'ן האבן קינדער, צו וואס פעלט נאך אויס צוצולייגן די אלע איבריגע הלכות און גדרים?


איך האף דער ראש ישיבה וועט מיך קענען ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען היט נישט טהרת המשפחה באקומט מען נאכדעם א גרויסן עונש; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא:): "נָשִׁים מֵתוֹת בִּשְׁעַת לֵדָתָן עַל שֶׁאֵינָן זְהִירוֹת בְּנִדָּה", פרויען שטארבן ווען זיי געבוירן קינדער ווייל מען היט נישט די מצוה פון טהרת המשפחה; דאס איז א שפיל מיט פייער, אז מען היט נישט טהרת המשפחה געבוירט מען קינדער וואס זענען קראנק פיזיש און גייסטיש רחמנא לצלן.


עס איז נאר שווער כל זמן מען ווייסט נישט פארוואס מען טוט דאס, אבער ווען עס קומט צו טון זאכן צו ראטעווען די אייגענע לעבן און דאס לעבן פון די קינדער דעמאלט איז גארנישט שווער; קוקט וואס די הייליגע חכמים זאגן אונז (שבת יג.): אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטראבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי האט אנגעהויבן ארום לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): "כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ", ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", און קיינער האט נישט געוויסט וואס איר צו ענטפערן, איינמאל – דערציילט אליהו הנביא - בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, און האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: "אוודאי האבן מיר געהאלטן טהרת המשפחה", האט איר אליהו הנביא אויסגעפרעגט פונקטליך צי זי קען די הלכות פון טהרת המשפחה, ביז זי האט מודה געווען אז איר מאן האט נישט אכטונג געגעבן אויף די הלכות אין די שבעה נקיים; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'ט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען אידן, מיר גלייבן אינעם אייבערשטן און אין די הייליגע תורה, און מיר פרייען זיך מיט די מצוות וואס ער האט אונז דערמיט געהייליגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר זאלט אויך זוכה זיין צו פארשטיין די הארבקייט פון דעם און זיך פירן בדרך התורה.

#10 - דארף א פרוי אפשערן די האר, אדער איז גענוג צוצודעקן?
שלום בית, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אייער ענטפער איבער מיין שאלה אויב שערן די האר פאר פרויען איז נאר א חומרה אדער אן הלכה, איר האט מיר געברענגט דעם הארבן זוהר אז ס'וועט קומען א קללה אויף פרויען וואס מ'זעט ארויס זייער האר.


מיט'ן גרעסטן מאס דרך ארץ וויל איך אבער פרעגן אז אין דעם זוהר שטייט נישט אז מ'זאל שערן די האר, נאר אז מ'זאל עס נישט ארויסזען, און פון דעם זעט אויס אז אויב די האר איז פארדעקט מיט א טיכל אדער שייטל איז עס נישט קיין פראבלעם.


אויך האב איך גערעדט צו מיין ווייב איבער די חשיבות פון זיך שערן די האר, האט זי מיר געזאגט אז לויט די באקאנטע מעשה פון די גמרא אז ס'איז געווען א פרוי וואס האט זוכה געווען צו גוטע קינדער ווייל "די ווענט פון איר הויז האבן קיינמאל נישט געזען איר האר", זעט אויס פון דעם אז זי פלעגט נישט שערן די האר, נאר זי האט זייער אכטונג געגעבן אז ס'זאל זיך קיינמאל נישט ארויסזען.


איך האף אז איר וועט מיר קלאר מאכן דעם ענין.


א גרויסן יישר כח, שלום.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד שלום נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "תּוּנְבָא לֵיתֵי" א קללה זאל קומען, "עַל הַהוּא בַּר נָשׁ" אויף דעם מענטש, "דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ" וואס לאזט זיין ווייב, "דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען; אז מען שערט זיך אפ די האר איז מען זיכער אז מען וועט נישט האבן די אלע צרות וואס דער זוהר רעכנט אויס.


"וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ" זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא" איז זי גורם אז עס זאל הערשן ארימקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא" און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא" אויך איז זי גורם אז די ס"מ און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב.


אמת, דער זוהר הקדוש רעדט פון זיין צוגעדעקט, אבער דער מציאות ווייזט אז אויב מען האט האר דעקט זיך עס אויף, דעריבער פירן זיך די ערליכע פרויען אז זיי שערן זיך אפ כדי זיי זאלן נישט באקומען די אלע שלעכטס וואס דער זוהר הקדוש זאגט אז עס קומט ווען די האר זעט זיך ארויס.


געב אכטונג נישט צו צווינגען דיין ווייב זי זאל זיך אפשערן ווייל עס קען נאכדעם זייער אויסקלאפן השם ישמרינו אויף שלעכטס; אלעס קען מען פועל'ן מיט רעדן שיין און מיט אסאך סבלנות. מען דארף אסאך שמועסן פון דאס גרויסקייט פון פאלגן וואס צדיקים זאגן און פון די שכר וואס מען איז זוכה אז מען גייט אויף די וועגן פון ערליכע אידן, די אלע וואס זענען נאכגעגאנגען זייערע חכמות זענען ביים סוף מודה צום ערליכן איד אז ער האט א שיינע לעבן און נחת פון זיינע דורות.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דער עיקר אידישקייט איז ווען מען פירט זיך פשוט אן קיין חכמות; "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם, וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", אסאך רשעים וואס האבן פארדרייט די וועלט מיט זייערע טעותים איז אלעס געקומען ווייל זיי האבן גענוצט זייער חכמה; קודם רעדט מען אויף צדיקים, נאכדעם גייט מען ארויף צו די פריערדיגע דורות, מען לאכט אפ פון זיי, מען מיינט אז מען פארשטייט בעסער, מען האלט זיך קלוגער, אבער ביים סוף זעט מען דעם חילוק פון דער וואס האט געפאלגט וואס צדיקים זאגן און דער וואס איז געגאנגען מיטן אייגענעם שכל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#9 - א סדר אין תורה, פרויען שערן די האר, ווי אזוי ווערט מען פטור פון א מנוול?
צניעות, קדושה, חיזוק פאר פרויען, לימוד התורה, מעביר סדרה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


א גרויסן יישר כח פאר די בריוו און שיעורים וואס זענען פאר מיר ממש ווי לופט צום אטעמען.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז יעדער איד דארף דורכגיין די גאנצע תורה, איך ווייס נישט וואו אנצוהויבן, אפשר קען דער ראש ישיבה מיר מאכן א סדר ווי אזוי און וואס צו לערנען?


אויך וויל איך פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה רעדט זייער שארף אז פרויען דארפן זיך שערן די האר נאך די חתונה, מיין ווייב האט זיך נישט געשוירן ביי די חתונה, זאל איך פארלאנגען זי זאל זיך שערן? עס וועט מיר זיין זייער שווער איך וועל אבער טון וואס דער דער ראש ישיבה וועט הייסן.


אויך דארף איך אן עצה וועגן איינער א אינגערמאן א מנוול וואס האט זיך אנגעטשעפעט אין מיר און וויל טון מיט מיר שמוץ, ער הייסט א וואוילער מענטש און איך האב נישט די שטארקייט אים אוועקצושטופן פון מיר, ווי אזוי ווער איך פטור פון אים?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו שטארקסט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות; דער רבי בלאזט אריין און אונזערע עצמות יבשות א פרישע גייסט.


מען ליינט מעשיות פון צדיקים ווי זיי האבן געהאט א כוח מחיה מתים זיין און מענטשן ווילן וויסן פארוואס היינט זעט מען נישט אזעלכע אפענע מופתים; ביים רבי'ן זעט מען די מופתים כסדר, דער רבי נעמט א מענטש וואס איז שוין פון לאנג מיואש, ער דרייט זיך ארום טויט, און איינמאל ער הערט דעם קול פון רבי'ן הייבט ער אן לעבן, דאס איז ממש תחיית המתים.


דו בעסט מיר איך זאל דיר אויסשטעלן א סדר וואס צו לערנען; מיר בעטן ביים דאווענען: "וְתֵן חֶלְקֵנוּ בְּתוֹרָתֶךָ", יעדער מענטש האט זיין חלק אין די תורה, איינעם ציט מער הלכה, איינעם ציט מער אגדה - יעדער איינער האט זיך זיין חלק אין דער תורה. הדבר הראשון זאלסטו יעדן טאג לערנען חומש רש"י מיטן תרגום; זונטאג זאלסטו לערנען ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. נאכדעם מאך דיר א שיעור אין משניות; דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן אז ער זאל יעדן טאג זאגן ח"י פרקים משניות און ר' נתן האט דאס מקיים געווען זיין גאנץ לעבן, אויך האט דער רבי געזאגט לכמה אנשי שלומינו זיי זאלן זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג (עיין שיחות הר"ן סימן קפה). מוהרא"ש האט געזאגט אז ווען ער איז אנגעקומען צו דעם שיחה האט ער געטראכט צו זיך: 'איך וויל אויך זיין פון די כמה אנשי שלומינו פאר וועם דער רבי האט געגעבן דעם תיקון'.


נאכדעם זאלסטו זען צו לערנען גמרא יעדן טאג, הייב אן ש"ס מסכת ברכות און גיי כסדרן לכל הפחות א בלאט גמרא יעדן טאג. דער גאון רבי שעפטל א זון פון דעם הייליגן של"ה זכר צדיק לברכה ברענגט אין זיין צוואה (סוף ספר יש נוחלין, דפוס אמשטרדם) אז לערנען גמרא איז א חיוב פארן מענטש אזוי ווי לייגן טלית און תפילין, עיין שם.


אויך זאלסטו דיר מאכן א שיעור אין הלכה; אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלֹּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען אן הלכה, אפילו נישט כסדרן וואו מען האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ"שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


בענין צי דו זאלסט פארלאנגען פון דיין ווייב זי זאל זיך אפשערן איר האר וכו', נאכדעם וואס נאך די חתונה האסטו נישט געוואלט זי זאל זיך אפשערן, אזוי ווי דו שרייבסט אז עס איז דיר שווער דאס צו טון, אבער אויב דער ראש ישיבה הייסט וועסטו דאס טון; איך וועל דיר מעתיק זיין א שטיקל זוהר וועסטו שוין אליינס זען די פארלוסטן וואס האר ברענגט און די רווחים צו וואס מען איז זוכה ווען מען נעמט אראפ די האר.


דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען; 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין ביי איר אין שטוב, 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס". און פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


וואס נאך איז דא צוצולייגן אויף די ווערטער פון דעם הייליגן זוהר...


ביי ערליכע אידן איז מען זייער מקפיד אז די פרוי זאל זיך אינגאנצן אפשערן איר האר, אזוי ארום איז נישט דא קיין שום חשש אז איר האר וועט זיך ארויס זען; א טייל גייען מיט א טיכל, א טייל גייען מיט א שייטל, אבער דער עיקר איז אז מען גייט נישט מיט די אייגענע האר.


געלויבט דעם אייבערשטן אז עס זענען דא צענדליגער טויזנטער ערליכע פרויען וואס שערן זיך אפ נאך די חתונה און זיי שעמען זיך נישט פון קיינעם; נישט נאר זיי שעמען זיך נישט פון קיינעם, נאר אדרבה, דאס איז זייער שטאלץ און פראכט אז מען פירט זיך בצניעות, און דאס איז די שענסטע זאך פאר אונז אידן; פון וועמען זאלן מיר זיך שעמען מיט אונזער צניעות?


דיין דריטע שאלה פארשטיי איך נישט; וואס איז בכלל דיין שאלה צי דו זאלסט האבן שייכות מיט א מניוול, לאז דיך אפ פון דעם איש טמא און גיי נישט אריין צו יענעם אין בית המדרש. וויי איז פארן דור אז עס דרייען זיך ארום קראנקע מענטשן וואס זענען מטמא קינדער וכו' מיט מעשי תועבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#8 - איז אויסגעהאלטן צו נעמען א גויטע צו העלפן אינדערהיים?
שלום בית, צניעות, קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט אסאך פון אייך אז מ'דארף נעמען א "קלינינג לעדי" אינדערהיים, מ'זאל נעמען א גוי'אישע העלפערקע ארויסצוהעלפן מיט די ארבעט אינדערהיים, אז די פרוי זאל זיך נישט דארפן איבערשטרענגען.


תורה היא וללמוד אני צריך, איך האב געזען ווי מוהרא"ש זי"ע שרייבט אין ספר "חסדי אבות" זייער שארף אז מ'זאל דאס נישט טון, דאס ברענגט אסאך פראבלעמען פון צניעות, חינוך, יחוד, הרהורים רעים, און נאך.


איך האף אז דער ראש ישיבה וועט מיר דאס קענען אויסקלארן, קען זיין אז דער ראש ישיבה האט אנדערש מקבל געווען פון מוהרא"ש.


א גרויסן יישר כח, דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי-קדושים, ט' אייר, כ"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט ווי אזוי מען קען רעדן צו אינגעלייט מען זאל העלפן די ווייב און נעמען א פרוי וואס רייניגט אין שטוב (קלינינג לעדי) בשעת מוהרא"ש זאגט קלאר אז מען טאר נישט נעמען קיין פרעמדע פרוי אין שטוב צו רייניגן, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין ספר חסדי אבות (על פרקי אבות פרק ב, משנה ח) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן: "מַרְבֶּה שְׁפָחוֹת מַרְבֶּה זִמָּה", איינער וואס פארמערט שפחות פארמערט עבירות; זאגט מוהרא"ש אז מען דארף זייער אכטונג געבן נישט אריין צו ברענגען גוי'טעס וואס רייניגן די שטוב, ווייל מען קען צוקומען צו זייער הארבע עבירות, און אפילו מען קומט נישט צו טון אן עבירה, אבער אין טראכטן פון אן עבירה פאלט מען זיכער אריין, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סד.): "אִם מִידֵי עֲבֵירָה יָצָאנוּ, מִידֵי הִרְהוּר לֹא יָצָאנוּ", און דאס איז זייער הארב אזוי ווי חז"ל זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה"; נאך זאגט מוהרא"ש אז מען קען נכשל ווערן אין איסור יחוד. און מוהרא"ש פירט דארט אויס אז מען זאל אנזאגן פאר די קינדער זיי זאלן אויך אכטונג געבן נישט אריין צו נעמען אין שטוב קיין גוי'טע.


דארפסטו אבער וויסן דעם כלל אז (ירושלמי ראש השנה פרק ג, הלכה ה): "דִּבְרֵי תּוֹרָה עֲנִיִּים בִּמְקוֹמָן, וַעֲשִׁירִים בְּמָקוֹם אַחֵר"; קוק אריין אין די אנדערע פירושים פון מוהרא"ש אויף אבות ווי מוהרא"ש זאגט אז אויב די ווייב דארף א פרוי ארויס צו העלפן אין שטוב, זאל מען אכטונג געבן נישט צו זיין אין שטוב אין די צייט ווען די קלינינג לעדי איז דארט. אזוי אויך טארן די קינדער נישט זיין אין שטוב, ווייל מען קען צוקומען צו שלעכטע זאכן, אזוי ווי מיר ווייסן ווי שטארק דער רבי האט אונז מזהיר געווען מיר זאלן האבן א ריינע מח, אזוי ווי ער האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיד): "סֶע הָאט אַ פָּנִים אַז מֶע מוּז זִיך פוּן אַ הִרְהוּר זֵייעֶר הִיטְן".


אזוי פירן זיך ערליכע אידן, מען נעמט נישט אריין אין שטוב קיין פרעמדע פרוי ווען דער מאן אדער די אינגלעך געפונען זיך אין שטוב; מען געבט זייער אכטונג אז די שטוב זאל זיין הייליג און ריין. דאס וואס מוהרא"ש איז אזוי קעגן אריין נעמען אין שטוב פרעמדע פרויען וואס העלפן רייניגן, ווייל אז דער מאן אדער די קינדער זענען אין שטוב, איז שוין בעסער אז די שטוב זאל נישט זיין אויפגערוימט ווי איידער מען זאל צוקומען צו איין שלעכטע מחשבה רחמנא לצלן.


איין יאר פאר פסח האט מען איבער געפארבט דעם רבינ'ס שטוב אין ברסלב; מען האט ארויסגעטראגן אלע מעבל וכו' אינדרויסן אז עס זאל נישט ווערן שמוציג, און אויף די כלים וואס זענען איבערגעבליבן אין שטוב האט מען אויסגעשפרייט ליילעכער עס זאל נישט ווערן שמוציג. ביים רבי'ן אין שטוב איז געווען א זייגער, און דעם רבינ'ס טאכטער אדל האט דאס באדעקט מיט איר טיכל אז עס זאל נישט שמוציג ווערן, ווען דער רבי איז אריינגעקומען אין שטוב און דאס באמערקט, האט ער איר געזאגט: "נישט מיט אזא זאך דעקט מען איבער, עס זענען פארהאנען היינט אזעלכע פארמישטע מוחות, וואס ווען זיי זעהן נאר א פרויען טיכל באקומען זיי שוין שלעכטע מחשבות! נעם עס אראפ און דעק עס איבער מיט א צווייטע זאך". זעט מען פון דעם ווי שטארק דער רבי האט אכטונג געגעבן אז מען זאל האבן ריינע מחשבות.


וואויל איז פאר דעם וואס געבט אכטונג נישט אריין צו ברענגען אין שטוב קיין גוי'טעס ווען דער מאן אדער אינגלעך זענען דארט, וועט מען נישט צוקומען צו קיין שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אויפציען אונזערע קינדער ריין און הייליג.

#7 - זאל איך מאכן מיין ווייב טוישן פון א שייטל צו א טיכל?
שלום בית, צניעות, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די ראש ישיבה פאר אלע עצות און לימודים וואס ברענגט אונז זייער א שיינע לעבן.


לעצטנס איז נאכאמאל נתעורר געווארן א שאלה וועגן שייטלעך, בעיקר ביי די יומען אבער אויך ביי די סינטעטישע, און מיר האבן דאס געוואלט איבערשמועסן מיט'ן ראש ישיבה.


מיין ווייב גייט מיט א שייטל, און מיר האט זייער געשטערט אז ס'איז דא שאלות אויף דעם, איך האב אבער נישט געוואלט מוטשען מיין ווייב דערוועגן. ווען זי האט מיר אבער געפרעגט וואס איך האלט דערוועגן, האב איך איר געזאגט דעם אמת אז כאטש וואס איך ווייס נישט פונקטליך די הלכה, בין איך אבער מוותר אויף די שייטל, איך האב חשק אז זי זאל גיין נאר מיט א שפיצל, וואס דאס איז די מערסטע לכתחלה'דיג, סיי אלס די הלכה שאלות, און סיי אז ס'איז מער צניעות'דיג. ווי מער די צניעות פאלט, דארף מען מאכן שטערקערע גדרים.


למעשה וויל מיין ווייב וויסן, אויסער די פשוטע חיוב צו טון וואס דער מאן וויל, אויב זי דארף אויסטון דעם שייטל צוליב די שאלות וואס איז דא אין דעם, למעשה רעדן נישט די רבנים דערוועגן, איז דאס אפשר בלויז אן הידור, און זי קען איגנארירן די גאנצע זאך און גיין ווייטער אנגעטון אזוי ווי איר גאנצע משפחה גייט.


א גרויסן יישר כח.


מענדל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע די הלכה'דיגע חלק צי א שייטל איז אסור ווייל עס קומט פון עבודה זרה - דאס זאלסטו פרעגן א דיין. דו וואוינסט דאך אין ... גיי פרעג הרה"ג ר' ... שליט"א; לויט וויפיל איך געדענק פון יארן צוריק דארף א שייטל האבן א הכשר אז דאס קומט נישט פון די האר וואס מען שערט זיך פאר עבודה זרה אין אינדיע וכו'.


איך בעט דיר זייער שטארק דו זאלסט מכבד זיין דיין ווייב און איר נישט באצווינגען וכו'; זי איז אן ערליכע און א איידעלע. דו דארפסט איר פארשטיין אז זי וויל טון דיין רצון און דיין ווילן וכו', אבער פון די אנדערע זייט האט זי שוועסטערס און משפחה וכו'; דאס מאכט איר וועלן גיין ווי אזוי זיי גיין אנגעטון וכו'. אויב דיין ווייב איז מסכים זיך צו טוישן וכו', איז זיכער אז א טיכל איז מער צניעות'דיג און אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו די ברכה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא וישלח, ו): אויפן פסוק (תהלים קכח, ג): "אֶשְׁתְּך כְּגֶפֶן פּוֹרִיָּה" ווען איז א פרוי ווי א וויינשטאק, ווען איז א פרוי זוכה צו זיין "כְּגֶפֶן פּוֹרִיָּה" אויפצושטעלן א שטוב מיט קינדער? ווען זי איז "בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶך"; ווען זי פירט זיך איידל און גייט אנגעטון איידל, דעמאלט וועט זי זוכה זיין צו די ברכה פון "בָּנֶיך כִּשְׁתִילֵי זֵיתִים", זי וועט אויפשטעלן קינדער וואס וועלן געזאלבט ווערן מיטן שמן המשחה, עיין שם.


די וויכטיגסטע זאך אין שלום בית איז אז מאן און ווייב רעדן זיך דורך איינער מיטן צווייטן, מען הערט אויס איינער דעם צווייטן און מען פארשטייט יענעמס הרגשים וכו'. מען קען נישט ארויפצווינגען די אייגענע ווילן אויפן צווייטן, ווער רעדט נאך פון טשעפען א ווייב, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", א מענטש זאל זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען זיין ווייב, "מִתּוֹך שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל זי וויינט זייער שנעל. מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן צו אונז פון שלום בית און דאס איז פון די יסודות אין "היכל הקודש".


דערפאר בעט איך דיר זייער, דו זאלסט נישט באצווינגען דיין ווייב זי זאל זיך טוישן וכו' אפילו דו מיינסט גוטס; דו ווילסט אן ערליכער שטוב און דו ווילסט מען זאל גיין ביי דיר מיט אן ערליכן לבוש וכו'. אבער געב אכטונג אז דיין ווייב זאל נישט האבן א פחד פון דיר, ווייל אויב מען לייגט א פחד אין שטוב פארלירט מען אלעס רחמנא לצלן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "לְעוֹלָם אַל יַטִּיל אָדָם אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹך בֵּיתוֹ", א מענטש זאל נישט ווארפן א שרעק אויף זיין ווייב און קינדער, "שֶׁהֲרֵי פִּילֶגֶשׁ בְּגִּבְעָה הִטִּיל עָלֶיהָ בַּעֲלָהּ אֵימָה יְתֵירָה וְהִפִּילָה כַּמָּה רְבָבוֹת מִיִּשְׂרָאֵל". ווייל די מעשה פון פילגש בגבעה ווי זיבציג טויזענט אידן זענען גע'הרג'עט געווארן האט זיך אנגעפאנגען פון א מענטש וואס האט געווארפן א פחד אויף זיין ווייב, נאך זאגן חז"ל (שם): "אָמַר רַב יְהוּדָה אָמַר רַב, כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹך בֵּיתוֹ סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלשׁ עֲבֵירוֹת, גִלּוּי עֲרָיוֹת, וּשְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת". ווער עס ווארפט א פחד אויף זיין ווייב וועט נאכדעם צוקומען צו די דריי הארבע עבירות פון גילוי עריות, שפיכות דמים און חילול שבת.


איך פארשטיי דיר גאנץ גוט אז דו ווילסט דיין שטוב זאל זיין מער צניעות'דיג,  ווייל עס זענען דא פוסקים וואס האלטן (סמ"ק, מצוה נז) אז צניעות ביי פרויען איז א דאורייתא, נישט סתם א חומרא. און דו ווילסט זוכה זיין צו די ברכות וואס מען באקומט ווען די פרוי פירט זיך בצניעות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא וישלח, ו): אויפן פסוק (תהלים מה, יד): "כָּל כְּבוּדָּה בַּת מֶלֶך פְּנִימָה" - אָמַר רַבִּי יוֹסֵי כְּשֶׁהָאִשָּׁה מַצְנַעַת אֶת עַצְמָהּ בְּתוֹך הַבַּיִת, רְאוּיָה לְהִנָּשֵׂא לְכֹהֵן גָדוֹל, וְתַעֲמִיד כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים", אויב א פרוי פירט זיך בצניעות וועט זי האבן קינדער גרויסע צדיקים, נאך זאגן חז"ל (שם): "אָמַר רַבִּי פִּנְחָס הַכֹּהֵן בַּר חָמָא, בִּזְמַן שֶׁהִיא צְנוּעָה בְּתוֹך הַבַּיִת, כְּשֵׁם שֶׁהַמִזְבֵּחַ מְכַפֵּר כָּך הִיא מְכַפֶּרֶת עַל בֵּיתָהּ", ווען א פרוי גייט בצניעות און זי פירט זיך איידל, איז זי מכפר אויף איר הויז אזוי ווי דער מזבח; אבער מען קען נישט ארויפצווינגען וכו'.


אויב דו וועסט לעבן בשלום מיט איר, דו וועסט איר מכבד זיין, דו וועסט איר לויבן און געבן כסדר לויב ווערטער, וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט רוען ביי דיר אין שטוב און דו וועסט זוכה זיין צו אלע ברכות און צו אלעס גוטס.


איך האף אז דו וועסט זיין א מבין דבר מתוך דבר און דו וועסט מיר פאלגן.

#6 - מעג זיך א מיידל פארשטעלן אום פורים?
צניעות, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אויס אייערע שיעורים און חיזוק יומי, און דאס איז מיר זייער מחזק אין אמונה און צו רעדן צום אייבערשטן.


איך האב געוואלט פרעגן אויב ס'איז צניעות'דיג פאר א גרויסע מיידל זיך צו פארשטעלן אום פורים, און אויב נישט אויב מ'מעג כאטש זיך אביסל מאכן אינטערעסאנט די האר לכבוד פורים.


א גרויסן ש'כח.


א מיידל פון זיבעצן יאר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת משפטים-שקלים, מברכים אדר, כ"ד שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז צניעות איז די שענסטע זאך ביי אידישע קינדער, אזוי ווי עס שטייט (תהלים מה, יד): "כָּל כְּבוּדָה בַת מֶלֶךְ - פְּנִימָה", דאס איז די שטאלץ פון אידישע קינדער, צו גיין אנגעטון איידל און זיך אויפירן איידל.


די הייליגע חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש זוטא רות ד, יא): "אֵין הַדוֹרוֹת נִגְאָלִים אֶלָּא בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת שֶׁבַּדּוֹר, שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים צה, ט): זָכַר חַסְדּוֹ וֶאֱמוּנָתוֹ לְבֵית יִשְׂרָאֵל, 'לִבְנֵי' יִשְׂרָאֵל לֹא נֶאֱמַר אֶלָּא 'לְבֵית' יִשְׂרָאֵל", בזכות די צניעות פון די ערליכע אידישע טעכטער וועלן מיר ארויס גיין פון דעם ביטערן גלות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט זייער א שרעקעדיגע זאך אין א בריוו פאר די פרויען אין יבניאל (מכתב מיום ג' לסדר וארא כ"ב טבת ה'תשע"ה): "וַאֲנִי תּוֹלֶה אֶת מַחֲלַת אִשְׁתִּי תְּחִי', מִפְּנֵי שֶׁלֹא עוֹרַרְתִּי אוֹתָך יוֹתֵר וְיוֹתֵר בְּעִנְיָנֵי צְנִיעוּת", איך טראכט אז דאס וואס מיין ווייב (תחי') [עליה השלום] איז נישט געזונט געווארן מיט די ביטערע מחלה ה' ירחם, קומט צו מיר ווייל איך האב נישט גענוג גערעדט און אויפגעפאדערט וועגן צניעות; זעט מען ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן אויף צניעות.


מען דארף זייער אכטונג געבן אויף צניעות א גאנץ יאר; בפרט פורים דארף מען נאך מער אכטונג געבן, ווייל עס זענען דא מענטשן וואס זיי זוכן אויסצוניצן דעם טאג פאר נישט גוטע זאכן ה' ירחם. ווען מען זעט פורים אז א שיכור רעדט און לאכט מיט פרויען דארף מען וויסן אז דער איז גארנישט שיכור, דער איז א מניוול, דער איז א שגץ. א גאנץ יאר זוכט ער ווי ער קען רעדן און לאכן וכו', אבער  ער האלט זיך צוריק ווייל ער ווייסט אז מען וועט וויסן ווער ער איז, דערפאר ווארט ער אויף פורים, ער טראכט אז דעמאלט וועט ער זיך מאכן שיכור. דערפאר דארף מען מער אכטונג געבן פורים און האלטן אפען די אויגן, ווען מען זעט א שיכור לויפט אריין צו די פרויען און מאכט זיך בא'טעמ'ט דארף מען פון אים שטיין זייער ווייט.


בנוגע פארשטעלן; קליינע קינדער פארשטעלן זיך, אבער גרויסע מיידלעך פארשטעלן זיך נישט. אז מען וויל דוקא קען מען מאכן די האר אויף אן אנדערע וועג וכו'.

#5 - מיינע עלטערן שרייען צופיל אויף מיר, וואס טו איך?
צניעות, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, זיבעצן יאר אלט, און איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך לייד אסאך פון מיינע עלטערן וואס שרייען מיר נאך מיט מיאוס'ע צונעמען און מיאוס'ע ווערטער, דאס טוט מיר זייער שטארק וויי.


אויך מיין שוואגער שרייט מיר נאך אז איך בין א "גראבער", און דאס טוט מיר זייער וויי.


קענט איר מיר ביטע געבן אן עצה?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין צניעות פאר אייך צו רעדן מיט אייער שוואגער; דאס אז ער שרייט אויף אייך "גראבער" וכו', דאס איז נישט גערעכט פון אים, אבער איך מוז אייך זאגן אז איר זענט אויך נישט גערעכט, ווייל אויב איר וואלט נישט גערעדט מיט אים וואלט ער בכלל נישט געשריגן אויף אייך.


דערפאר, פון היינט און ווייטער זאלט איר נישט רעדן מיט קיין פרעמדע מענער - אפילו מיט אייערע שוואגערס; איר זענט שוין נישט קיין קליין מיידל, איר זענט שוין א גרויס מיידל, דארפט איר אכטונג געבן ווי אזוי איר פירט זיך. פירט זיך אויף איידל וועט איר האבן א גוט לעבן.


בנוגע אייערע עלטערן, אז זיי שרייען אויף אייך מיאוס'ע ווערטער וכו'; איר דארפט זיי דן זיין לכף זכות אז זיי מיינען אייך נישט וויי צו טון. אויף יעדן איינעם גייט אריבער שוועריקייטן אין לעבן און אסאך מאל כאפט מען זיך נישט און מען שרייט אויף די קינדער. איר זאלט קיינמאל נישט ענטפערן פאר אייערע עלטערן ווען זיי שרייען אויף אייך, אין דעם זכות וועט איר האבן א שיין לעבן.

#4 - מעג א מיידל גיין מיט א גיטאר אויפ'ן גאס?
צניעות, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק. איך האב געוואלט פרעגן אזוי ווי מיין לערערין זאגט אז מ'זאל ברענגען מוזיקאלישע אינסטרומענטן אין שולע, וויל איך וויסן אויב ס'איז צניעות'דיג צו גיין מיט א גיטאר אויפ'ן רוקן אויפ'ן גאס, אדער דאס איז צו אויפפאלנד און ס'קען ציען אן אויג פון מענער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ה' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער א גוטע זאך אז איר שפילט פאר זיך אין שטוב מיט אייער גיטאר וכו'.


דער רבי זאגט (סיפורי מעשיות מעשה יג, דעם זעקסטן טאג) אז דער עיקר רפואה ווי אזוי מען קען אויסהיילן דעם בת מלך איז דורך ניגונים; מען דארף וויסן אז יעדער איד האט אין זיך א הייליגע נשמה וואס ווערט אנגערופן "בת מלך" און די נשמה פאלט נעבעך אראפ וכו' דורך דעם מלך האכזר וואס שיסט אריין די צען פיילן וכו', ביז דער בעטלער אן די הענט - וואס דאס איז דער הייליגער רבי - קומט און ציט ארויס אלע פיילן פון איר, אזוי ווי דער רבי ענדיגט די מעשה "און איך הייל זי" - דורך די צען ניגונים וכו'.


אז דיין לערערין זאגט אז מען מעג ברענגען אינסטרומענטן אין סקול צו מאכן פרייליך די מיידלעך דעמאלט איז נישט קיין פראבלעם צו טראגן א גיטאר אין סקול, אבער מען קען דאס נישט אנטון אויפן רוקן ווייל עס איז נישט קיין צניעות פאר א מיידל צו גיין מיט א גיטאר אויפן רוקן. אדער זאלט איר דאס נעמען מיט א קאר צו סקול, אדער לייגן אין א בעג אז ווען איר גייט אין גאס מיטן גיטאר זאלט איר נישט ארויסשטארן וכו'.

#3 - מיין שוועסטער פירט זיך נישט בצניעות
צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אייערע שיעורים וואס איז אונז ממש מחי', עס האט געטוישט אונזער גאנצע שטוב צום גוטן.


איך האב געוואלט פרעגן איבער מיין שוועסטער, ווען איך האב חתונה געהאט איז זי נאך געווען קליין, און יעצט איז זי שוין בת מצוה, זי כאפט אבער נישט אז זי איז שוין גרעסער געווארן און זי דארף זיך שוין פירן מער בצניעות לגבי מיין מאן.


ווען מיר גייען צו מיין עלטערנ'ס הויז, וועט זי נישט האבן קיין פראבלעם זיך צו זעצן ביים טיש נעבן מיין מאן, אים רופן ביים נאמען, און זיך אונטערזינגען בשעת ער איז דארט. איך האב פרובירט צו רעדן צו מיינע עלטערן דערוועגן, זיי פארשטייען אבער נישט דעם פראבלעם, זיי זאגן אז זי איז נאך קליין א.א.וו.


מיין שאלה איז אויב איך דארף זיך אריינמישן און איר אויפמערקן דערויף.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זעט צו רעדן צו אייער שוועסטער דערוועגן, רעדט מיט איר שיינערהייט זי זאל פארשטיין אז עס איז נישט קיין איידעלע זאך וכו' און עס איז נישט קיין צניעות צו רופן א שוואגער ביי זיין ערשטע נאמען אזוי ווי מען רופט א חבר וכו'. איך בין זיכער אז אויב איר וועט רעדן מיט איר שיינערהייט וועט זי גלייך פארשטיין אז זי דארף זיך פארבעסערן וכו'.


רעדט נישט דערפון צו אייערע עלטערן ווייל זיי וועלן נישט פארשטיין וואס איר רעדט. עלטערן - ווי עלטער זיי ווערן קוקן זיי אויף קינדער ווי זיי זענען נאך זייער קליין וכו' און מען הייבט אן פארגעסן וואס גייט אריבער וכו'. איר וועט גארנישט האבן פון זיך טענה'ן מיט זיי נאר איר אליין זאלט נעמען אייער שוועסטער אין א זייט און רעדן מיט איר, זאגט איר: "דו ביסט שוין נישט קיין קליינע מיידל, דו ביסט שוין בת מצוה און דו דארפסט אנהייבן אכטונג צו געבן נישט צו זיצן נאנט און נישט צו רעדן פריינדליך וכו' אפילו מיט א שוואגער.


קינדער ווייסן גארנישט פון זיך אליין, קינדער ווילן זיין גוט נאר מען דארף זיי זאגן וואס זיי האבן צו טון. מען דארף רעדן צו זיי זייער קלאר וואס איז צניעות, מיידלעך דארפן וויסן אז ווען מען גייט אין גאס דארף מען אפטרעטן פון וועג ווען מענער קומען וכו', אויך ווען מען איז אין געשעפט דארף מען אכטונג געבן זיך צו ריקן אין דער זייט פאר א מאן, אזוי אויך ווען מען זיצט ביי די טרעפ און מען שמועסט מיט די שכנים און א מאן וויל אריבערגיין, מוזן זיך אלע אויפשטעלן און גיין אינדערזייט, נישט זיי זאלן בלייבן זיצן מיט לייכטזיניקייט חס ושלום.


מיר דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף אונז אידישע קינדער, עס זאל אראפ קומען א רוח טהרה אויף דער וועלט אז מענטשן זאלן האבן יראת שמים און זיך פירן בקדושה ובטהרה. מען זאל וויסן אז צניעות איז נישט אן ענין פון א קנס, נאר אז דאס איז דאס שענסטע זאך מיט וואס אידישע קינדער צייכענען זיך אויס. ווי מער מען פירט זיך אויף איידל און באשיידן איז מען מער חשוב און מער ארויפגעקוקט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - סגולות פאר א מיידל צו טרעפן א שידוך
שידוכים, צניעות, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר די אלע שיעורים און בריוון, וואס זענען מיר זייער מחזק, דער אייבערשטער זאל אייך ווייטער געבן אסאך כח אנצוגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איר האט דערמאנט אין א שיעור דאס וואס דער רבי זאגט אז צו זאגן שירת הים מיט כוונה איז א סגולה פאר א שידוך. איך בין א מיידל און איך קען נישט די טייטש פון די שירה, ווי אזוי קען איך טון די סגולה?


אויך האב איך זיך געוואלט פארנעמען א גוטע זאך אז אין דעם זכות זאל איך שוין טרעפן שנעל מיין באשערטע שידוך. ס'איז אבער דא אזויפיל גוטע זאכן וואס מ'קען זיך פארנעמען, און איך ווייס נישט וואס איך זאל זיך פארנעמען.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען טאר נישט אריין פאלן אין א יאוש, ווייל דער אייבערשטער הערט אויס יעדע איינציגע תפילה און מיר גלייבן אז קיינער קען נישט געבן א שידוך נאר דער אייבערשטער. איין זאך קענען מיר טון - בעטן, בעטן און נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן ביז מען ווערט געהאלפן ווערן, אויך קענען מיר טון די סגולות וואס צדיקים האבן אונז געגעבן.


דער רבי האט אונז געגעבן עטליכע סגולות צו טרעפן א שידוך (ספר המידות, אות חיתון); די ערשטע סגולה וואס דער רבי געבט אונז (ספר המידות, אות חיתון, סימן א): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יֹאמַר בְּכַוָּנָה שִׁירַת הַיָּם", אז מען זאגט די שירה וואס די אידן האבן געזינגען ווען זיי זענען אריבער דעם ים סוף איז דאס מסוגל צו טרעפן א שידוך; היינט איז דא סידורים מיט פירוש המילות אויף אידיש, אויך לערנט מען היינט אין אלע חדרים און אין מיידל שולעס פירוש המילות פונעם דאווענען, אזוי אז עס איז מעגליך פאר יעדן איינעם צו קענען מקיים זיין דעם סגולה וואס דער רבי געבט פאר א שידוך.


דאס וואס איר פרעגט וואסערע גוטע מדה קען זיך א מיידל פארנעמען פאר א זכות צו טרעפן איר שידוך; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "הַצְּנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכֶּה לָהּ בְּבָנִים הֲגוּנִים", אז א פרוי געבט אכטונג זיך צו פירן מיט צניעות און זיך אנטון בצניעות, וועט זי זוכה זיין צו גוטע קינדער; דאס הייבט זיך אן ווען מען איז נאך א מיידל. אויב מען פירט זיך בצניעות איז מען זוכה אז דער אייבערשטער מאכט רוען די שכינה ביי דעם מענטש. און אז מען איז זוכה צו השראת השכינה באקומט מען אלעס גוטס.


אז איר וועט זיך פירן ערליך און איידל וועט איר זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך בקרוב און אויפשטעלן א דור פון הייליגע קינדער וואס וועלן באלייכטן דער וועלט.


א מיידל האט זייער א גרויסע אחריות און אויב זי טוט זיך נישט אן צניעות'דיג טרייבט זי ארויס דעם אייבערשטן פון שטוב; עס שטייט אין די תורה (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: "איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך נישט פירן בצניעות וועל איך אוועק גיין פון אייך"; אויב א מיידל געבט אכטונג ווי אזוי זי טוט זיך אן, זי גייט נאר אנגעטון צניעות'דיג, זאגט דער אייבערשטער "איך וועל רוען ביי אייך אין שטוב". און אז דער אייבערשטער איז אין שטוב איז דא א ברכה, עס איז דא פרנסה, נחת, עס איז דא אלעס גוטס.

#1 - מעג א מיידל זיך דרייען אויפ'ן גאס?
צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל און איך האב ליב ארויסצוגיין ביינאכט פון דערהיים, ספעציעל פרייטאג צו נאכטס. צומאל גיי איך צו א חבר'טעס הויז צו שמועסן און פארברענגען, און אמאל סתם שפאצירן אויפ'ן גאס. וויל איך פרעגן אויב דאס איז אויסגעהאלטן פאר א מיידל צו גיין ביינאכט אויפ'ן גאס?


יישר כח.


א מיידל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווי מער מען געפונט זיך אין שטוב איז בעסער; א מיידל קומט נישט זיך צו דרייען אויפן גאס.


עס שטייט א פסוק (תהלים מה, יד): "כָּל כְּבוּדָּה בַת מֶלֶך, פְּנִימָה", דאס שיינקייט פון א אידישע טאכטער איז צו זיין אין שטוב; אודאי דארף מען גיין אין גאס ערלעדיגן זאכן, מען דארף איינקויפן וכו', אבער סתם ארויס גיין שפאצירן ברענגט נאר פראבלעמען.


וואס דארפט איר מער פון דעם וואס מען זעט די מעשה אין די תורה, אז שכם האט פארכאפט דינה, יעקב אבינו'ס טאכטער, ער האט איר געפייניגט וכו'. אלעס האט זיך אנגעפאנגען ווייל זי איז ארויס שפאצירן אין די גאסן פון שכם, אזוי ווי עס שטייט (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִּינָה לִרְאוֹת בִּבְנוֹת הָאָרֶץ", דינה איז ארויסגעגאנגען שפאצירן; דורך דעם איז געשען די ביטערע מעשה.


עס איז נישט קיין צניעות פאר מיידלעך ארויס צו גיין מיט חבר'טעס שפאצירן אויף די גאסן, אז איר ווילט גיין צו אייער חבר'טעס שטוב שמועסן וכדומה, איז נישט קיין פראבלעם, אבער סתם שפאצירן אויף די גאסן ברענגט נישט קיין גוטס.