שאלה אין קורצן ענין
#3 - פארוואס האט דער ראש ישיבה מיר נישט געזאגט וואס איך דארף טון?
שמירת עינים, הדרכות, תפלות אויף אידיש, קשיות, ציצית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איין טאג האט דער ראש ישיבה שליט"א מיר געזען מיט די ציצית אינדרויסן, און מיר געזאגט אז איך זע אויס אסאך שענער מיט די ציצית אינדרויסן. מיין שאלה איז פארוואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר נישט געזאגט פריער אז איך זאל ארויסלייגן די ציצית אינדרויסן, ווען ער האט געזען אז איך האב די ציצית פון אינעווייניג.


אויך האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי מ'קען זיך שטארקן מיט שמירת עינים, ס'איז מיר זייער שווער זיך צו היטן די אויגן, אפילו ווען איך וויל נישט קוקן, איך מאך אפ אז איך גיי מער נישט קוקן, פון דעסט וועגן געב איך א בליק, און נאכדעם פיל איך אזוי שלעכט, איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?


יישר כח


פון א געטרייער תלמיד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז דער וועג ווי אזוי איך זאג בדרך כלל ווען איך דארף זאגן פאר תלמידים...


עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו זאגן: 1) א וועג פון פארהאלטן - פארוואס גייסטו נישט מיט די ציצית אויף די קליידער? 2) זאגן מיט א קאמפלימענט – זעסט אויס זייער גוט מיט די ציצית אינדרויסן וכו'; ווען מען האט נישט קיין ברירה וכו' דעמאלט נוצט מען דעם וועג פון פארהאלטן וכו', אבער לכתחילה איז דער צווייטע וועג געשמאקער, זיסער און עס פועל'ט.


בענין שמירת עיניים; אויף דעם איז נישט דא קיין עצה, נאר די עצה פון התבודדות – שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, ראטעווע מיר! איך ווער פארברענגט פונעם יצר הרע! איך קוק וואו מען טאר נישט, איך מוז קוקן אויף יעדע פרוי און מיידל, ראטעווע מיר פונעם יצר הרע וואס וויל מיר אויסרייסן פון די וועלט און פון יענע וועלט וכו', וכו'"; אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן, דאס איז די עצה ניצול צו ווערן פונעם יצר הרע.


שטארק זיך ווייטער מיט דיינע שיעורים כסדרן און גוטע מידות; איך האב אסאך נחת פון דיר, דיין התנהגות איז אויסנאם גוט. איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט בקרוב טרעפן דיין שידוך און זוכה זיין אויפצושטעלן א אידיש'ע שטוב לשם ולתפארת.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#2 - ווי אזוי דאנק איך אויף א ישועה, ווען דער אייבערשטער אליין האט מיר דאך געברענגט די צרה?
צרות, תודה והודאה, קשיות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פארשטיי נישט פארוואס מ'דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט אונז ארויסגענומען פון מצרים, דער אייבערשטער האט דאך געשיקט די אידן קיין מצרים, ער וואלט דאך נישט געדארפט שיקן די אידן אהין, און אזוי וואלט ער זיי נישט געדארפט ארויסנעמען.


איך פארשטיי אז מ'קען נישט פארשטיין די וועגן פון באשעפער, אבער בעיקר שטערט מיר מיין אייגענע גלות, די צרות אין וואס דער אייבערשטער האט מיר אריינגעלייגט, ווי אזוי קען איך דאנקען דעם אייבערשטן ווען איך גיי ארויס פון מיינע צרות, ווען ער איז דאך געווען דער וואס האט געברענגט אויף מיר די צרות?


איך האף איר וועט מיר דאס קענען ערקלערן, יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר, י"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט אלעס קענען מיר פארשטיין; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות י.): "בְּהֲדֵי כַּבְשֵׁי דְּרַחְמָנָא לָמָה לְךָ?" מיר קענען נישט פארשטיין ווי אזוי דער אייבערשטער פירט דער וועלט, מיר דארפן אים דינען געטריי אפילו מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט.


ווען עס גייט אריבער צרות דארפן מיר שרייען צום אייבערשטן אזוי ווי די אידן האבן געטון אין מצרים, זיי האבן געשריגן צום אייבערשטן ער זאל זיי ראטעווען. און ווען דער אייבערשטער העלפט אז מען גייט ארויס פון די צרות דארף מען אים דאנקען פאר דעם אזוי ווי די אידן האבן געזינגען שירה אויף די אלע ניסים. אזוי דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אונז.


בנוגע די צרות וואס גייען אריבער אויף דיר השם ישמרינו; וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער ברענגט נישט קיין שום שלעכטס אויפ'ן מענטש אומזיסט. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות ה:) אז רב הונא האט געהאט א גרויסער שאדן, עס איז אים פארדארבן געווארן פיר הונדערט פעסער וויין, זענען די הייליגע חכמים אים געגאנגען באזוכן און אים מחזק זיין, זיי האבן אים געזאגט: "לְעַיֵּן מַר בְּמִילֵיהּ", ער זאל זיך נאכקוקן זיינע מעשים אויב ער האט איינעם שלעכטס געטון און ער זאל תשובה טון, וועט ער צוריק רייך ווערן. האט רב הונא געפרעגט די חכמים: "מִי חַשִׁידְּנָא בְּעֵינֵייכוּ", איר זענט מיר חושד אויף נישט גוטע מעשים? האבן אים די חכמים געענטפערט: "וּמִי חָשִׁיד קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא דְעָבִיד דִּינָא בְּלֹא דִינָא", איז דען דער אייבערשטער חשוד אז ער ברענגט אויף א מענטש שלעכטס אומזיסט? אז דער אייבערשטער האט דיר געברענגט שלעכטס איז דאס נישט אומזיסט. און די גמרא פירט אויס אז מען האט אים פארגעהאלטן אויף א געוויסע זאך און ער האט תשובה געטון דערויף און נאכדעם ער איז צוריק רייך געווארן.


אז דו גייסט אריבער שווערע צרות איז דאס נאר דיר צוריק צו ברענגען צום אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "אִם רוֹאֶה אָדָם שֶׁיִּסּוּרִין בָּאִין עָלָיו יְפַשְׁפֵּשׁ בְּמַעֲשָׂיו", אז מען זעט זיך פול מיט יסורים דארף מען תשובה טון, איבער בעטן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען האט אים דערצערנט און זיך איבער געבן צו אים. חכמינו הקדושים זאגן אונז (פסיקתא רבתי, פרק מז): "אַשְׁרֵי אָדָם שֶׁנָּגְעוּ בּוֹ יִסּוּרִין, וְכָבַשׁ רַחֲמָיו וְלֹא קָרָא תִּגָּר", וואויל איז פאר'ן מענטש וואס ער ווערט געפייניגט מיט יסורים און ער האט נישט קיין טענות צום אייבערשטן. ער ווייסט אז דאס איז פאר זיין גוט'ס, אים אויפצוהייבן העכער אויף א העכערע מדריגה.


מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים, בפרט אין די הייליגע קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויף א פשוט'ע שפראך פאר אונז פשוט'ע מענטשן, מיר זאלן פארשטיין וואס דער רבי זאגט. דעמאלט וועסטו שוין נישט האבן די נארישע קשיות און שאלות אויף די אמונה, די אמונה וועט ביי דיר ווערן אזוי קלאר און דו וועסט צו קומען צו אזא שכל צו וויסן אז דו ווייסט גארנישט, "כִּי תַּכְלִית הַיְדִיעָה אֲשֶׁר לֹא נֵדַע (חיי מוהר"ן, סימן רפג)"; דאס איז דער עיקר צו וואס א מענטש דארף צו קומען - צו וויסן אז ער ווייסט גארנישט.


אבער צו דעם קען מען נישט צו קומען נאר אז מען ווערט מקורב צו א צדיק אמת, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח', אות ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ 'שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת'", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "עַל כֵּן כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; דאס באקומט מען ווען מען ווערט מקרוב צום רבי'ן. אלע קשיות, ספיקות און בלבולים גייען אוועק און די אמונה שיינט און לייכט, מען לעבט מיט א אמונה ברורה ומזוככת.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", ווען מען לערנט דעם ספר פון א צדיק טרעפט מען דארט דעם פנים, שכל און פארשטאנד פונעם צדיק; אז דו וועסט לערנען דעם רבינ'ס ספרים וועסטו זוכה זיין צו וויסן אז דו ווייסט גארנישט און עס וועט לייכטן אויף דיר די ליכט פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - וואו זענען אלע תפלות וואס מיר האבן מתפלל געווען פאר שמעי ע"ה?
תפילה והתבודדות, אמונה, קשיות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס טוט מיר אזוי וויי אז שמעי ענדצווייג ע"ה איז נפטר געווארן, און נאך מער שטעכט מיר וואו זענען געגאנגען די אלע תפלות און טרערן וואס מ'האט פארגאסן צו בעטן דעם אייבערשטן פאר זיין רפואה.


איך ווייס נישט נאך פון נאך א מענטש וואס האט אזויפיל מתפלל געווען, אזויפיל געוויינט און געבעטן, ווי שמעי ע"ה.


איך שעם זיך צו זאגן, אבער איך בין געשטאנען ביי זיין לויה און זיך געבראכן קאפ אויב אזויפיל תפלות און אזויפיל טרערן זענען נישט געענטפערט געווארן, ווי אזוי קען איך זיך נאך שטארקן ווייטער צו בעטן און מתפלל זיין, ווי אזוי קען איך האפן אז דער אייבערשטער וועט ענטפערן מיינע תפלות וואס זענען נישט מיט טרערן און נישט אזויפיל שעות, און נישט מיט אזא צעבראכן הארץ, און נישט פון אזא ריין הארץ ווי שמעי?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז פאר אונז זייער שווער אראפצושלונגען די ביטערע נייעס אז מיר האבן פארלוירן א טייערע תלמיד הישיבה - שמעי עליו השלום.


מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן נאר איין זאך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט. מיר דארפן שטענדיג חזר'ן: "מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט"; דער אייבערשטער פירט די וועלט, "אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא (דברים לב, ד)", פארוואס? פאר ווען? און פאר וואו? דאס האט נישט מיט אונז.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז דער שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט. אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


יעדע "פארוואס?" איז א קשיא אנטקעגן די אמונה; מוהרא"ש זאגט: "לָמָה? יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם" - א גוי פרעגט פארוואס, א איד פרעגט נישט פארוואס, א איד גלייבט אינעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט ווי אזוי? אט אזוי, אזוי ווי עס גייט, אזוי איז גוט -  "אַשְׁרֵי הָעָם שֶׁכָּכָה לוֹ", וואויל איז פאר א איד וואס ער האט נישט קיין קשיות, נאר ער חזר'ט שטענדיג: "שֶׁכָּכָה לוֹ".


ווען מען זעט ווי יונגע מענטשן ווערן אוועקגעריסן פון די וועלט דארף מען געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי ברכות כ.) אז דער הייליגער תנא רבי עקיבא איז אמאל געזיצן מיט זיינע תלמידים און געלערנט תורה אונטער די שאטן פון א פייגן בוים, ווען עס איז געקומען די צייט וואס די פייגן הייבן אן ווערן געצייטיגט האבן זיי געזען ווי דער בעל הבית שטייט אויף יעדן אינדערפרי נאך פאר זיי קומען לערנען אראפ נעמען די געצייטיגע פייגן, זיי האבן זיך זייער געוואונדערט פארוואס ער שטייט אויף אזוי פרי דאס צו טון, זיי האבן געטראכט אז מן הסתם איז דער בעל הבית זיי חושד און ער האט מורא אז זיי וועלן גנב'נען פון די געצייטיגטע פייגן, דעריבער פעדערט ער זיך יעדן אינדערפרי אראפצונעמען די פרישע געצייטיגטע פייגן, האבן זיי מחליט געווען אז זיי וועלן גיין צו א צווייטע פלאץ. ווען דער בעל הבית האט געזען אז זיי זענען אוועק פון די שאטן פון זיין בוים האט דאס אים זייער געשטערט, ער האט זיי געזאגט: "אַף חֲדָא מִצְוָה דַּהֲוִיתָן נְהִיגִין וְעָבְדִין עַמֵי מְנַעְתּוּנַּהּ מִינִּי?" די איין מצוה וואס איך האב געהאט אז איר פלעגט לערנען אונטער מיין פייגן בוים האט איר אויך אוועקגענומען פון מיר? האבן זיי אים געזאגט: "מיר זענעון אוועק געגאנגען ווייל מיר האבן געזען אז דו ביסט אונז חושד אז מיר וועלן גנב'נען פייגן. דער בעל הבית האט זיי נישט געענטפערט פארוואס ער שטייט אויף אזוי פרי, ער האט זיי אבער געבעטן אז זיי זאלן צוריק קומען לערנען תורה אונטער זיין פייגן בוים. דעם קומענדיגן טאג איז ער נישט אויפגעשטאנען פארטאגס קלויבן די פייגן, ער האט געווארט די זון זאל אויפשיינען און ווען די זון האט אויפגעשיינט זענען אלע פייגן פארפוילט געווארן, האבן די חכמים פארשטאנען פארוואס ער שטייט אויף יעדן טאג אזוי פרי אראפצונעמען די פייגן, און זיי האבן געזאגט: "בַּעַל הַתְּאֵנָה יוֹדֵעַ אֵימָתַי עוֹנָתָהּ שֶׁל תְּאֵנָה לִלְקֹט וְהָיָה לוֹקְטָהּ", דער בעל הבית פונעם פייגן בוים ווייסט פונקטליך ווען עס איז די צייט אראפצונעמען די פייגן פון בוים, "כָּךְ הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹדֵעַ אֵימָתַי עוֹנָתָן שֶׁל צַדִּיקִים לְסַלֵּק מִן הָעוֹלָם וְהוּא מְסַלְּקָן", אזוי אויך ווייסט דער אייבערשטער פונקטליך ווען עס איז די צייט צוריק צו נעמען די נשמה פון די צדיקים; דעריבער זאלסטו נישט פרעגן קיין קשיות און שאלות: "וואו זענען די תפילות?" "פארוואס איז ער נפטר געווארן?" ווייל מען טאר מען נישט פרעגן: "פארוואס? פאר ווען? פאר וואו?" נאר מען דארף האלטן אין איין חזר'ן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט - אזוי ווי רבי עקיבא האט געזאגט.


וואויל איז פאר דעם וואס האט נישט קיין קשיות, דער מענטש איז זוכה צו לעבן א חיים טובים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.