שאלה אין קורצן ענין
#110 - ווי אזוי האלט איך צוריק מיין מאן פון עסן נישט געזונטע זאכן?
שלום בית, רפואה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס קען איך טון אז מיין מאן האט לעצטנס אנגעהויבן צו עסן גאר אסאך צוקערלעך און אנדערע נישט געזונטע נאשערייען? איך בין זייער באזארגט פאר זיין געזונט און פאר זיין בלוט-דרוק. איך האב פרובירט אויף אלע וועגן אים מסביר צו זיין אויף א שיינעם אופן אז דאס איז נישט גוט און נישט געזונט פאר אים, אבער עס העלפט נישט. אויך זיך צו בעטן ביי אים האט נישט געהאלפן, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס איז נישט אייער פראבלעם, לאזט דעם דאקטער אכטונג געבן אויף די זאכן.


איר זאלט האלטן פאר די אויגן איין זאך: "עס זאל זיין שמחה אין שטוב"; אויף דעם זאלט איר זיך אנשטרענגען מיט אלע כוחות, עס זאל זיין זייער פרייליך אין שטוב, ווייל שמחה איז נאך וויכטיגער פארן געזונט מער פון אלעס. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", און אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִּׂמְחָה הִיא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אפילו די דאקטורים זענען מודה אז שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#109 - טאר מען טאקע נישט שלאפן אום ראש השנה?
אומאן, רפואה, ראש השנה, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, איך בין איינגעשטאנען אינעם בנין היכל הקודש מיט'ן ראש ישיבה, איך האבן געזען ווי דער ראש ישיבה איז מקפיד מען זאל אויפשטיין ראש השנה אינדערפרי פאר'ן עלות השחר, און אויך אז מען זאל זיך נישט אראפלייגן ראש השנה אינמיטן טאג.


האב איך געוואלט פרעגן, איך ווייס אז דער ראש ישיבה ארבעט מיט הימלישע כוחות אן שלאפן אן עסן, דער ראש ישיבה שליט"א דאווענט פאר'ן עמוד, געבט שיעורים, מאכט פרייליך הונדערטער טויזנטער אידן, איך פארשטיי בכלל נישט פון וואו דער ראש ישיבה נעמט די געוואלדיגע כוחות; איך בין אבער א פשוטער מענטשעלע, איך בין אויסגעמאטערט פון די נסיעה, גע'הרג'ט ממש, קוים וואס איך לעב, איך קען נישט שלאפן אויף א פליגער און אויף א באס, דאס יאר איז די נסיעה מיר געווארן נאך פיל שווערער פון אלע יארן, ווען איך בין אנגעקומען קיין אומאן וואלט מען מיך שוין באמת געדארפט טראגן מיט א מיטה, דער אייבערשטער האט געהאלפן אז איך האב געקענט גיין מיט מיינע צוויי פיס ביז צום בעט; איז מיין שאלה אזוי, מוז מען זיך מוסר נפש זיין נישט צו שלאפן אום ראש השנה. בפרט אז איך קום מיט קליינע קינדער?


איך האב געליינט אין עצתו אמונה אז דער ראש ישיבה וועקט אויף די קינדער ביים עלות ווייל ער האט רחמנות אויף זיי, איך טראכט אויך נישט אז די קינדער דארפן שלאפן אויב אלעס איז כסדר וכשורה, אבער איך טראכט פון די געזונט פון די קינדער, מען ליגט נאך יום טוב מיט פיבער, צושאקלט און צעריסן.


איך בין מבטל מיין דעת צום ראש ישיבה, אויב איז די תיקון פון יאר תלוי אין נישט שלאפן ראש השנה וועל איך אויפוועקן מיך און מיינע קינדער, איך וועל נישט שלאפן; דאס איז אבער מיין שאלה, צי איז דאס טאקע אזוי, איך בין דאך נישט אין הימל און איך וועל אלעס טון צו האבן א רואיגע גוטע יאר.


הגם עס איז נישט נוגע פאר יעצט, מען האלט שוין נאך ראש השנה, אבער איך געדענק אז אלע יארן ווען עס קומט דערצו טראכט איך א שאד איך האב נישט געפרעגט דעם ראש ישיבה פאר יום טוב וועגן דעם, אז איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך זאג בסך הכל וואס מוהרא"ש זאגט. אז מען קומט אין אומאן זאג איך יעדע יאר פאר אנשי שלומינו וואס מוהרא"ש זאגט, מוהרא"ש זאגט (הנהגות ראש השנה, סדר קימה): "צריך שתדע בני", וויסן זאלסטו, "שמובא בפוסקים בשם הירושלמי", עס ווערט געברענגט אין די פוסקים, "מאן דדמיך בריש שתא", ווער עס שלאפט אנהויב יאר "דמיך מזליה", פארשלאפט זיין מזל פון א גאנץ יאר, "ולכן צריכים להזהר ביותר בראש השנה לקום קודם אור היום שיהיה ער", דעריבער דארף מען זען אויפצושטיין פאר'ן עלות.


אז מען האט נישט קיין כח, מען איז אויסגעמאטערט - דארף מען זיך זייער אכטונג געבן צו גיין שלאפן צייטליך און זיך אפרוען, און אז מען איז נישט ביי די כוחות - איז פארשטענדליך אז מען זאל זיך נישט איבערשטרענגען.


דער עיקר זאלסטו זיך פרייען אז דו ביסט געווען ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה אין אומאן, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז געווען ביי מיר אויף ראש השנה- דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#108 - עס שטערט מיר ווען מיין ווייב קייעט הויך, וואס טו איך?
שלום בית, רפואה, ספרי ברסלב, עסן, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א פראבלעם אז איך קען נישט הערן ווי אזוי א צווייטער עסט. אסאך מענטשן עסן מיט אן אפענעם מויל און עס מאכט א גערודער וואס מאכט מיר שרעקליך נערוועז. איך האב אמאל געהערט אז עס איז אפילו דא א נאמען אויף דעם פראבלעם...


מיין עיקר פראבלעם איז אז מיין ווייב מאכט אויך א גערודער ביים עסן און עס שטערט מיר אזוי שטארק אז איך דארף אסאך מאל אוועקגיין פון טיש צוליב דעם. ווי אזוי קען איך זיך אן עצה געבן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב הנאה אז דו שרייבסט: "איך האב א פראבלעם"; אנדערע וואס האבן די פראבלעם וועלן נישט זאגן: "איך האב א פראבלעם", זיי וועלן ענדערש זאגן: "מיין ווייב האט א פראבלעם זי עסט הויך", "מיין מאן האט א פראבלעם ער קייט הויך"; דאס איז די גרעסטע פראבלעם, ווען מען האט א פראבלעם און מען באשולדיגט די ארומיגע.


עס איז גוט דו זאלסט שמועסן מיט דיין ווייב פון דעם פראבלעם, אז עס שטערט דיר צו הערן יענעם עסן אויפ'ן קול, אזוי וועט זי פרובירן צו עסן שטיל, זי וועט פארמאכן איר מויל ביים קייען, און אזוי וועט זי נישט באליידיגט ווערן ווען דו גייסט אוועק פון טיש ווען זי עסט.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים - וועסטו אויסגעהיילט ווערן. דעם רבינ'ס ספרים איז א רפואה פאר אלע פראבלעמען, מען באקומט א נייע קאפ, א נייע שכל, מען גייט ארויס פון דמיון. זאכן וואס פלעגן שטערן - שטערט מער נישט, זאכן וואס פלעגט נערוועז מאכן - מאכט שוין נישט נערוועז; עס איז וואונדערליך ווי דאס היילט אויס.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיר נישט שטערן די זאכן. תפילה וועט דיך אויסהיילן; אז דו וועסט בעטן אויף דעם טאג נאך טאג - וועסטו זען אז עס וועט דיר מער נישט שטערן די זאכן.


א גמר חתימה טובה.

#107 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס רעדט זייער נישט קלאר?
רפואה, קינדער, טערעפי, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אלעמאל אז דער רבי האט אן עצה אויף אלעס, אויף יעדע פראבלעם. וויל איך וויסן אן עצה וואס צו טון אז מיין אינגל, וואס איז שוין כמעט פיר יאר אלט, רעדט שרעקליך נישט קלאר, ער איז ברוך ה' א געזונטער זיסער אינגל, עס איז אבער זייער זייער שווער אים צו פארשטיין, ער מוטשעט זיך זייער שטארק צו רעדן קלאר מען זאל פארשטיין וואס ער זאגט.


עס איז א שטיקל נסיון פאר אונז פון ביידע זייטן, סיי פאר אים אליין מאכט עס אים זייער נערוועז און אנגעצויגן אז מען ווייסט נישט וואס ער זאגט אדער וויל, און סיי פאר די עלטערן איז עס זיכער זייער שווער, איך פיל זייער שלעכט פאר אים און אויך ווער איך אסאך מאל צעפלאצט פון זיין נערוועזקייט אז ער זאגט איבער די זעלבע זאך אזוי סאך מאל און נאכאלץ פארשטייט מען אים נישט, איך שפיר ווי עס נעמט א ים מיט כוחות אז זיין אנגעצויגנקייט די גאנצע צייט זאל מיר נישט אנרירן און מאכן נערוועז און צעפלאצט.


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן ער זאל אונז שוין העלפן מיט דעם. איך וויל וויסן וואס נאך איך קען טון צו דעם, אדער אפשר אביסל חיזוק. דאס איז א טאג טעגליכע שוועריקייט און עס טוט מיר וויי צו זען ווי מיין קינד מוטשעט זיך אזוי ביטערליך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היינט איז דא מומחים פאר די זאכן, מומחים וואס פארשטייען ווי אזוי אויסצולערנען רעדן; אמאל קען זיין מיט א קלייניקייט קען מען דאס פאררעכטן. נעם אים צו טערעפי און בעט דעם אייבערשטן מען זאל דאס קענען גרינג פאררעכטן.


העיקר גייט נישט אריין אין קיין לחץ, ווערט נישט פארלוירן; געבט זיך איבער צום אייבערשטן - וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#106 - מעג איך ליינען א גוי'אישע בוך פאר מיין דייעט?
רפואה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, דייעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין איבערוואג אויף א שטארקע פארנעם, איז בין ממש צוגעקלעבט צו עסן, ווען איך זע עסן ווער איך ממש פארגליווערט, איך קען נישט הערן און זען עפעס אנדערש, און איך עס איבער די מאס.


איך האב זיך שטארק געמוטשעט מיט דעם פראבלעם, און איך בין געגאנגען צו א געוויסע פראגראם וואס העלפט מיט דעם פראבלעם אויף א געוויסע שיטה. איך דארף אבער ליינען א דיקער גוי'אישער בוך פון די פראגראם, כדי צו קענען מיטהאלטן. מעג איך דאס ליינען?


איך שפיר אז דאס זייער וויכטיג פאר מיין געזונט, פיזיש און גייסטיש, און אויך פאר מיין מאן און קינדער, מיין מאן האט מיר געזאגט אז ער זעט אז איך בין געווארן מער רואיג זייט איך האב אנגעהויבן גיין אויף דעם פראגראם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער וויכטיג צו גיין אויף א גוטע דייעט, עס איז א מצוה אכטונג צו געבן אויף די געזונט. די תורה זאגט אונז (דברים ד, טו): "וְנִשְׁמַרְתֶּם מְאֹד לְנַפְשֹׁתֵיכֶם", מען דארף היטן אויפ'ן געזונט; אז מען איז איבערוואגיג קען דאס ברענגען נישט גוטע זאכן.


בנוגע די דייעט וכו'; געבט אכטונג פון גוי'שע פאנטאזיעס, די בעסטע פראגראם איז אז מען עסט געזונט, מען עסט מיט א סדר יעדן אינדערפרי, נאכמיטאג און ביינאכט. נעמט די ברסלב'ער פראגראם, מוהרא"ש ענטפערט פאר א פרוי וואס וויינט אז זי הערט נישט אויף צו עסן און וויפיל זי מאכט אפ צו גיין אויף א דייעט - פאלט זי אלץ דורך, און איר מאן טשעפעט איר אז זי איז גראב.


מוהרא"ש זאגט (שאלות ותשובות ברסלב): "בוודאי את צריכה לדעת שריבוי אכילה וכו' בא מיאוש, וכשמתייאשים מהחיים וחושבים שאין לי כבר שום תקוה, זה מה שמכניס באדם תאוה לאכול ולאכול ולאכול ולהשמין ולהשמין וכו' וכו'", וויסן זאלסטו, ווען מען ווערט צעבראכן, מען איז דעפרעסט, מען זעט נישט קיין האפענונג - דאס מאכט מען זאל עסן און עסן, עס שלעפט אריין אין א תאווה, מען עסט און מען עסט, מען ווערט גרעבער און גרעבער, "אבל כשאדם תמיד שש ושמח ושולט על עצמו, על ידי זה הוא נפטר מכל הבעיות", אבער א פרייליכער מענטש קען זיך באהערשן, דער האט נישט קיין פראבלעמען.


נעמט די ברסלב'ער פראגראם, די ברסלב'ער דייעט; הויבט אן ארבעטן אויף שמחה, זוכט אויף נאך און נאך זאכן אויף וואס צו דאנקען דעם אייבערשטן. דאס וועט אייך אויפבויען, איר וועט ווערן שטארק, איר וועט זיך קענען באהערשן. די גוי'שע פראגראם קען טאקע העלפן פאר די זאך, אבער עס קען אמאל אראפשלעפן אין אנדערע פראבלעמען השם ישמרינו.


בעטס דעם אייבערשטן אין אייער שפראך: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף די יצר הרע וואס מאכט מיך דעפרעסט, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן, עסן מיט א סדר. איך וויל זיין געזונט, איך וויל אויסזען גוט, איך וויל נישט זיין איבערוואגיג. הייליגער באשעפער, דו האסט אונז מגלה געווען דורך די הייליגע צדיקים אז אלע פראבלעמען קומען פון עצבות, פון נישט זיין פרייליך, בעט איך דיר, העלף מיר איך זאל פון יעצט זיין זייער זייער פרייליך, איך זאל געדענקען אז דו ביסט דא, דו מאכסט אלעס און דו ביסט אלעס, גארנישט פאסירט פון זיך אליינס, העלף מיר מיין אמונה זאל זיין שטארק".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#105 - ווי אזוי בין איך מחזק מיין ווייב אז קינדער איז א גוטע זאך?
שלום בית, רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן ברוך ה' א געזונט ליכטיג קינד, ער וואקסט שוין אויף גרויס ברוך ה', אבער מיין ווייב האט נישט קיין חשק צו נאך קינדער, זי האט מורא צו האבן נאך קינדער, ווי אזוי קען איך שטארקן און מחזק זיין אז ס'איז גוט צו האבן נאך קינדער? און אויב וויל זי נישט, דארף איך איר איבערלאזן?


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום ביי די דרשות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז נישט א זאך וואס מען קען ענטפערן בכלליות, דאס דארפסטו רעדן אינאיינעם מיט דיין ווייב מיט א גרויסן רב, אן ערליכער רב. עס ווענדט זיך אין איר געזונט, סיי פיזיש און סיי גייסטיש; אמאל איז דער גוף שוואך און אמאל איז די נפש אפגעשוואכט, די מח מחשבה דארף רוען.


מאך פרייליך דיין ווייב און זיי איר מכבד - וועט זי ווערן אויסגעהיילט פון אלע פראבלעמען; דער מאן דארף זיין איר טערעפיסט, דער מאן קען אויסהיילן בעסער פון אלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#104 - ווי אזוי קען איך העלפן מיין ווייב?
שלום בית, רפואה, טערעפי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוטשע זיך שוין זייער לאנג מיט מיין ווייב, זי טענה'ט אז איך העלף נישט גענוג, אפילו איך טו מער ווי די כוחות איר צו העלפן, און אזוי ווייטער איז נאך פילע זאכן וואס זי הערט נישט אויף זיך אפצורעדן אויף מיר.


לעצטנס האט מיין ווייב זייער שטארק געוואלט גיין צו א טערעפיסט, און דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט איך זאל גיין מיט איר, יענער האט מיר מסביר געווען אז מיין ווייב קוקט מיך נישט ארויף ווייל איך בין צו א ווייכער און איך פארלאנג קיינמאל נישט פון איר קיין שום זאך, און ווי אזוי זי גייט און וואס זי טוט בין איך אלץ צופרידן, און דאס מאכט אז זי זאל מיך אראפקוקן, ווייל א פרוי דארף א שטארקער מאן.


פאר מיר איז עס געווען זייער אינטערעסאנט צו הערן, ווייל פארוואס זאל א פרוי אראפקוקן איר מאן נאר ווייל ער איז א גוטער און א ווייכער, און אויב וועל איך שרייען און זיך רעגן אויף יעדע זאך און זיין א שטארקער מחמיר אויף יעדע קליינע חומרא, וועט זי מיך דעמאלט אנהויבן ארויפקוקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך נישט צוטון פון די פותרי חלומות פון פרעה; א שאד די צייט פאר די נארישקייטן, נאר עצות פון צדיקים איז גוט נאך צו גיין.


דאס וואס איך האב דיר געהייסן גיין מיט דיין ווייב וכו' - איז נישט אז דו זאלסט אויסהערן וואס זיי זאגן, זיי האבן נישט וואס צו זאגן, זיי האבן נישט וואס צו פארקויפן, זיי קענען זיך אליינס נישט העלפן; ווי קענען זיי העלפן א צווייטן? נאר אז די ווייב וויל גיין צו טערעפי - גייט מען למען השלום און מען האט אינזין צו פטר'ן די מרור.


דו פאלג דעם רבינ'ס עצות - וועסטו האבן א גוט לעבן; עצות פון צדיקים איז דער וועג ווי אזוי מען קען האבן א חיים טובים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז): "הָעֵצוֹת שֶׁל הַצַּדִּיק הֵם כּוּלוֹ זֶרַע אֱמֶת"; מיט די עצות וואלט יעדער מענטש געקענט האבן א חיים טובים, די עצה פון רבי'ן איז פארקערט ווי יענער האט דיר געזאגט; דער רבי זאגט (שם, סימן רב): "צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", מען זאל געבן כבוד פון די ווייב, ווייל פרויען דארפן אסאך כבוד און זיי זענען זייער מקפיד אויף כבוד; זאלסטו רעדן שיין, ווייך און הארציג, און איר נאר אויפבויען, נאר אויפהייבן - וועט זי מיט דער צייט ווערן שטארק און האבן כח.


די בעסטע טערעפי פאר א פרוי - איז דער מאן, א מאן קען אויפבויען זיין ווייב זי זאל זיין געזונט און שטארק, און מיט אסאך סבלנות קען מען ארויסנעמען אלע אלטע ווייטאג פון אלס קינד, פון שטוב און פון סקול, מען דארף אויסהערן און לאזן אויסרעדן - אפילו מען האט נישט וואס צו ענטפערן, מען ווייסט נישט וואס צו ענטפערן.


זע צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן און זיי שטארק אין התבודדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#103 - איך מוטשע זיך מיט מיין ווייב, זאל איך זיך גט'ן?
התחזקות, שלום בית, רפואה, סבלנות, תפילה והתבודדות, נסיונות, גט, יאוש, שכל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די אלע דרשות פון חיזוק און עצות. בזכות דעם ראש ישיבה האט זיך מיין לעבען אסאך געטוישט.


איך בין א יונגערמאן שוין א שיינע פאר יאר פון דער חתונה, איך האב געוואלט בעטן הדרכה, אבער קודם דארף איך אביסל מסביר זיין מיין מצב; איך בין אויפגעוואקסן אין אן עכטע חסידישע שטוב, מיין טאטע איז גאר א פארמאכטער מענטש, ער איז אריבער גאר אסאך אין לעבן, און איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין אמת'ער קשר מיט אים חוץ פון לערנען, ער האט מיר קיינמאל נישט אויסגעלערנט עניני קדושה, ווי אזוי מ'דארף זיך אפהיטן, און אויך אין אונזער חדר האט מען בשיטה נישט גערעדט פון דעם.


מיך האט שוין פון אלס קליין קינד געצויגן צו שלעכטע זאכן, שוין ביי די ניין יאר האב איך אנגעהויבן זינדיגען מיט פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, אן דעם וואס איך זאל האבן אן אנאנג אז מ'טאר דאס נישט טון, איך האב זיך אזוי שטארק צוגעוואוינט צו דעם אז עס איז געווארן א נארמאלע זאך ביי מיר, מיינע געפילן צו אידישקייט איז געווארן שוואכער און איך האב געשפירט אז דאס איז א דירעקטע רעזולטאט פון מיינע זינד, אבער איך האב דאך דעמאלט נישט געוואוסט וואס מ'טאר נישט טון, איך האב זיך געשעמט צו פרעגן און אזוי בין איך געפאלן מער און מער, איך וויל שוין נישט שמועסן ווען איך בין געוואויר געווארן אז דאס איז אן עבירה, מ'איז חייב אויף דעם מיתה, עס העלפט אויף דעם נישט קיין תשובה, דעמאלט בין איך אזוי געפאלן געווארן ביי מיר, אז איך האב שוין נישט געוואלט בלייבן אידיש, נישט להכעיס חס ושלום נאר פון יאוש.


ברוך ה' אז אין די לעצטע מינוט האט דער אייבערשטער מיך געראטעוועט און מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, איך האב זיך אינגאנצן איבערגעדרייט לטובה. בערך א יאר דערנאך בין איך א חתן געווארן און איך האב חתונה געהאט עב"ג בשעה טובה ומוצלחת.


אבער גלייך נאך מיין חתונה האט זיך אויפגעשאקלט מיין לעבן. מיין ווייב האט נישט געוואלט הערן פון א נארמאלע לעבן אינאיינעם, ווען זי האט געלערנט מיט איר כלה טיטשער האט זי איר שוין געזאגט אז זי וויל נישט חתונה האבן. און דער בראך איז געווען פיל גרעסער אז איך בין געקומען פון פונקט די פארקערטע זייט, איך בין שוין געווען א גוטער בחור, איך האב פרובירט זיך צו האלטן מיט'ן רבינ'ס עצות, און איך האב זיך מחזק געווען מיט דעם אז ווען איך וועל חתונה האבן וועט עס לייכטער ווערן, און דערווייל איז געשען פונקט פארקערט.


די ערשטע פאר יאר האבן מיר פרובירט צו גיין צו פסיכיאלאגן, איך וואלט געקענט קויפן א שיינע פאר קארס מיט די געלט וואס איך האב שוין אויסגעגעבן פאר דעם צוועק. שפעטער האב איך זיך נאכמער אריינגעלייגט אינעם רבינ'ס עצות, איך האב געלערנט און פארשטאנען אז אלע פראבלעמען קומען נאר פון מיינע עבירות, האב איך אפאר יאר געארבעט זייער שטארק אויף קדושה, איך האב אסאך תשובה געטון, אסאך גערעדט צום אייבערשטן, אסאך געלערנט תורה, און געזאגט אסאך תפילות, אבער גארנישט האט זיך געטוישט.


איך מוז צולייגן עטליכע נקודות, קודם כל אז מיר האבן זיך זייער ליב, מיר פארברענגען, שמועסן און לאכן אסאך צוזאמען, נאר ווען עס קומט צו א נארמאלע חתונה געהאטע לעבן פארשטייט זי נישט וואס איך וויל, זי האט ממש נישט קיין שום געברויך פאר דעם, און זי קוקט מיר זייער אראפ פאר דעם. נאך איין נקודה איז וואס אלע פרעגן די ערשטע זאך אויב איינער האט איר געטשעפעט אלס קינד, און דער ענטפער איז בפירוש אז נישט.


אזוי איז אריבער אסאך יארן וואס איך האב זיך באשולדיגט אז איך בין שולדיג אין אלעס וועגן מיין חטאת נעורים, און איך האב אסאך עוסק געווען אין תשובה, און איך האב זיך אריינגעלייגט שטארק אין דעם אז איך זאל גארנישט דארפן פון איר, איך זאל נאר זיין א משפיע, נאר געבן און נישט ווארטן צו באקומען גארנישט אויף צוריק, אבער דערווייל ארבעט עס נישט פאר מיר, און איך פאל א גאנצע צייט דורך אין פגם הברית, איך וויל נישט און איך שריי צום אייבערשטן, איך שפיר אז איך קען שוין נישט מער, איך פאל א גאנצע צייט אריין אין עבירות.


איך האב שוין אזויפיל מאל געקויפט אן אפענעם סמארטפאון און עס צעבראכן, איך דראפע זיך נאך און נאך, איך שריי צום אייבערשטן אז איך ווייס אז איך בין שולדיג אין אלעס פאר דעם איז זי נישט כרצוני ווי דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן ביי כוונת אלול (תורה פ"ז) אבער וואס זאל איך טון? טאקע דערפאר וואס זי וויל נישט, בין איך אומדירעקט מער פוגם, נישט ווייל איך וויל, איז איך בין סטאק! איך זע נישט קיין וועג ארויס! איך ווייס אז זיך גט'ן איז נישט דער דרך אין ברסלב, בפרט ביים ראש ישיבה, ובפרט אז עס איז דא אהבה צווישן אונז.


אזוי וואלגער איך זיך פאר יארן, איך פרוביר אבער עס גייט נישט. איך האלט שוין די לעצטע שטיק צייט ממש על סף היאוש, איך האב פרובירט צו זאגן סליחות פאר ראש השנה, אבער ווען איך קום צום פסוק "לך ה' הצדקה ולנו בושת הפנים" ווער איך סטאק, האב איך דען אמאל געוואלט זינדיגן?! איך האב נישט געהאט הדרכה אלס קינד, און איך לעב אזויפיל יארן מיט אזא ווייב, וואס וויל דער אייבערשטער פון מיר? ער מאכט איך זאל זינדיגן, איך שריי א גאנצע צייט אז איך וויל נישט זינדיגן, איך גיי אין מקוה און איך זאג תיקון הכללי, וואס נאך וויל מען פון מיך? אלעס האט א שיעור!


איך בין געווען דאס יאר אין אומאן ראש השנה, און איך האב דארט געבעטן נאר איין זאך, אז איך וויל שוין שטארבן! איך וויל שוין נישט זיין מער דא! איך האב שוין גענוג געליטן! איך קען נישט זאגן סליחות, איך בין אזוי מיואש און צובראכן, איך זע נישט קיין שום עתיד פאר מיר, איך האב ערנסטע נסיונות פון דורכפאלן מיט נשג"ז, מיין שכל ארבעט שוין נישט, איך בין זייער פארלוירן און צעבראכן, נאכדעם וואס איך האב שוין אלעס פרובירט.


מיין שאלה אין קורצן איז וואס זאל איך טון, אפשר אין מיין מצב זאל איך זיך יא גט'ן? אבער עס איז שוין דא קינדער.


אנטשולדיגט מיר אויף די לאנגע שאלה, אבער לתועלת השאלה האב איך געמוזט מאריך זיין. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן און געבן די ריכטיגע הדרכה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער ענטפער אין קורצן איז: חס ושלום זיך גט'ן!


יעצט אביסל מער באריכות, דו שרייבסט אז דו האסט געבעטן ביים רבינ'ס ציון אז דו ווילסט שטארבן; איך וויל דיר פרעגן, וואס טראכסטו, ווען מען שטארבט איז גרינגער? דו מיינסט אז נאכן שטארבן איז נישטא קיין דין וחשבון? ערשט דעמאלט הייבן זיך אן די פראבלעמען, דעמאלט דארף מען אפגעבן דין וחשבון אויף יעדע זאך וואס מען האט געטון, מען נעמט אפיר אלע מעשים, מען קען זיך אפילו נישט פארשטעלן וואס און וויאזוי עס וועט דעמאלט זיין, אזוי ווי רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "אלעס קען איך אויסטראכטן וויאזוי עס גייט זיין, אויסער דער ברוך הבא אין קבר, ווען מען וועט מיר אריינלייגן אין דער ערד - דאס קען איך נישט אויסטראכטן וויאזוי עס וועט זיין".


צוריק צום שאלה, זיך גט'ן וועט דיר נישט העלפן; וואס ווייסטו וואס וועט זיין מיט די צווייטע ווייב וכו'? אפגערעדט אז דיינע קינדער וועלן דיר קיינמאל נישט מוחל זיין פאר'ן צעשטערן זייער לעבן, די ערגסטע זאך פאר קינדער איז ווען די עלטערן גט'ן זיך, קינדער פון גע'גט'ע שטובער וואקסן אויף אומזיכער, זיי גייען אריבער שרעקליכע פיין וואס מען קען נישט משיג זיין, און דו אליינס איז א ספק אויב דו וועסט טרעפן א שידוך, און ביז דו וועסט טרעפן א שידוך וועסטו זיין פארוואגלט, דו וועסט זיין נע ונד, און נאכדעם איז ווייטער א ספק ספיקא וואס וועט זיין מיט די צווייטע ווייב.


וואס איז יא די עצה? די עצה איז זאלסט גיין צום אייבערשטן און אים בעטן ברחמים ובתחנונים ער זאל דיר העלפן דו זאלסט טרעפן א וועג ווי אזוי צו לעבן מיט דיין ווייב און בעטן פאר איר זי זאל וועלן לעבן כדרך כל הארץ.


תפילה איז אזא שטארקע זאך, עס טוישט די טבע; תפילה איז אזוי שטארק - עס דריידט אלעס איבער, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ט, אות ה): "תְפִילָּה הוּא בְּחִינַת נִסִּים שֶׁהוּא אֵין דֶּרֶךְ הַטֶּבַע", אז מען בעט דעם אייבערשטן זעט מען ניסים פארקערט פון די טבע, "כִּי לִפְעָמִים הַטֶּבַע מְחַיֵּב אֵיזוֹ דָּבָר וְהַתְּפִילָּה מְהַפֶּכֶת אֶת הַטֶּבַע", אפילו עס איז שלא כדרך הטבע קען מען זען ניסים דורך תפילה; וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען ביי דיר.


פארשטייט זיך אז מען דארף האבן אסאך סבלנות און אויך אסאך חכמה ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב; חס ושלום איר נישט מאכן פאר א פראבלעם, נאר איר ארויסנעמען פונעם פראבלעם; אז מען האט די דריי זאכן, מען האט סבלנות, אביסל שכל מיט אסאך תפילה - קען מען אלעס איבערדרייען צום גוטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#102 - ווי אזוי טו איך תשובה אז איך האב צעריסן גליונות און פארשעמט מפיצים?
אומאן, רפואה, תשובה, הפצה, בושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


את חטאי אני מזכיר היום, איך האב געמיינט אז אויף מיר ליגט די אחריות זיך אפצוגעבן מיט זאכן, איך האב זיך איינגערעדט אז איך טו עס לשם שמים, עס האט מיר געשטערט אז מען ברענגט ברסלב'ע זאכן צו אונזער קהילה, און דעריבער פלעג איך צערייסן די גליונות און פארשעמען די וואס ברענגען די קונטרסים, איך האב געהאלטן אז איך טו א גוטע זאך.


ביז פאריגע וואך, ווען יד ה' היתה בי, מיין ווייב איז זייער קראנק געווארן, זי דארף א גרויסע רפואה, איך האב א קינדער געבענטשטע שטוב, מיין עלטסטע איז נאך נישט 10, איך שפיר אז איך בין שולדיג דערין, ווייל איך האב גע'רודפ'ט אומשולדיגע אידן, און צוריסן די גליונות. איך האב חרטה מיט מיין גאנצע הארץ, איך ווייס אז אין ברסלב קען מען העלפן יעדן איינעם, איך וויל פרעגן ווי אזוי איך קען תשובה טון אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ואתחנן, ט' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי זוך אויף אלע מפיצים וועם דו האסט מבזה געווען אלע יארן ברבים און בעט זיי איבער. אויך זאלסטו פארן קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, זאלסט איבער בעטן דעם רבי'ן פאר'ן צערייסן זיינע ספרים.


דער אייבערשטער זאל שיקן א רפואה שלמה פאר דיין ווייב בתוך שאר חולי ישראל.


 

#101 - וואס קענען מיר טון געהאלפן צו ווערן מיט קינדער?
רפואה, קינדער, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען שוין חתונה געהאט כמעט דריי יאר, און מיר האבן נאכנישט קיין קינדער, וואס זאלן מיר טון?


אויך וויל איך וויסן צי מיר זאלן גיין צו עפעס א פרוי וואס זי ארבעט מיט נאטורליכע מיטלען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, ט"ז כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס האט שרה אמינו געטון צו האבן קינדער? וואס האבן יצחק און רבקה געטון ווען זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער? וואס האבן רחל און לאה געטון זיי זאלן האבן קינדער? וואס האט חנה געטון זוכה זיין צו קינדער? די אלע האבן געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי האבן זיי זוכה געווען צו קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח) אליהו הנביא האט דערציילט: "איך בין אמאל געווען אונטערוועגנס און א מענטש האט מיר געפרעגט א שטארקע קשיא, פארוואס זעען מיר אסאך ערליכע משפחות האבן נישט קיין קינדער? 'אָמַרְתִּי לוֹ: בְּנִי, מִפְּנֵי שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹהֵב אוֹתָם אַהֲבָה גְּמוּרָה וְשָׂמֵחַ בָּהֶן, לְפִיכָךְ מְצָרְפָם כְּדֵי שֶׁיִּרְבּוּ רַחֲמִים לְפָנָיו', האב איך אים געענטפערט: ווייל דער אייבערשטער האט זיי זייער שטארק ליב און ער פרייט זיך מיט זיי, דערפאר מאכט ער אז זיי זאלן נישט האבן גלייך קינדער, אזוי וועלן זיי אסאך בעטן דעם אייבערשטן, 'וְתֵדַע לְךָ שֶׁכֵּן הוּא', א ראי' האסטו פון אברהם אבינו און שרה אמנו, זיי האבן געווארט לאנגע יארן אויף קינדער און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן זיי האבן געבוירן יצחק, אזוי אויך יצחק אבינו און רבקה אמינו האבן געווארט צוואנציג יאר אויף קינדער, זיי האבן אסאך געדאוונט צום אייבערשטן ביז זיי האבן געבוירן יעקב, רחל אמינו האט געווארט פערצן יאר אויף קינדער, זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן ביז זי איז געהאלפן געווארן, אויך זעט מען ביי חנה - די מאמע פון שמואל הנביא וואס זי האט אויך געווארט אסאך יארן אויף קינדער און זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן ביז זי איז געהאלפן געווארן און געבוירן שמואל הנביא, 'אֶלָּא עַל כָּרְחֲךָ צָרִיךְ אַתָּה לִתְּפוֹס בְּיָדְךָ מִידָה הָרִאשׁוֹנָה שֶׁאָמַרְתִּי לְךָ מִתְּחִלָּה, מִפְּנֵי שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹהֵב אוֹתָם אַהֲבָה גְּמוּרָה וְשָׂמֵחַ בָּהֶן, לְפִיכָךְ מְצָרְפָן כְּדֵי שֶׁיִּרְבּוּ בְּרַחֲמִים לְפָנָיו'"; זעט מען פון דעם אז דאס וואס מען זעט אז א מענטש ווארט לאנג אויף קינדער, איז ווייל דער אייבערשטער ווארט צו הערן זייער קול, אז מען בעט אים דערויף.


אויב איר ווערט נישט בארואיגט פון דעם, איר שפירט אז איר דארפט יא עפעס טון, קענט איר גיין צו א דאקטער, אבער געבט אכטונג פון די וואס פארפירן מענטשן מיט נאטירליכע וועגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#100 - וואס קען איך טון צו קענען לעבן געהעריג מיט מיין ווייב?
שלום בית, רפואה, תפילה והתבודדות, קאמפלימענטס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חסידישער אינגערמאן, און איך האב ב"ה א גוטע און וואוילע ווייב, אבער זייט מיין חתונה מוטשען מיר זיך שוין אז זי קען נישט לעבן מיט מיר געהעריג צוזאמען. מען האט מיר גלייך נאך די חתונה צוגערעדט איך זאל זיך גט'ן, איך האב אבער באשלאסן אז איך וועל דאס נישט טון, נאר איך וועל פרובירן מיט אלע כוחות עס צו מאכן ארבעטן.


זי קומט פון א צעבראכענע משפחה, און זי איז געטשעפעט געווארן דורך א ברודער א מנוול, און דאס האט צעשטערט איר לעבן. מיט די יארן איז עס געווארן אביסל בעסער, אבער מיר ליידן נאך אסאך פון דעם. זי נעמט מעדעצינען און מיר זענען געגאנגען צו טערעפי, ס'האט אבער נישט צופיל געהאלפן, איז דא נאך עפעס וואס מיר קענען טון דערצו? זי איז א גוטע ווייב וואס פרובירט דאס בעסטע וואס זי קען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ערשטע עצה איז תפילה, בעט דעם אייבערשטן זי זאל פארגעסן פון איר עבר, זי זאל ווערן א נייע מענטש; ביים אייבערשטן איז אלץ מעגליך, מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


אויב דו ווילסטו באמת העלפן דיין ווייב - זאלסטו איר אויפבויען, איר שטענדיג אויסרימען און געבן גוטע ווערטער, ביז זי וועט ווערן א געזונטע מענטש.


הער אויף מיט די אלטע ווערטער, איר קלאפן און איר שוואך מאכן אז זי איז א פראבלעם, אז זי איז נישט געזונט; פון הערן אז מען איז נישט געזונט, פון דעם אליינס ווערט מען נישט געזונט. הייב איר אויף מיט גוטע ווערטער, ווער נישט מיד פון געבן גוטע ווערטער. דאס וועסטו קענען טון נאר אז דו וועסט טאקע האלטן פון איר; זוך אין איר גוטס, זוך אין איר רחמנות - וועסטו זען אן אנדערע בילד, אזוי וועסטו איר קענען אויסהיילן.


וויסן זאלסטו, מיט'ן רבינ'ס עצות קען מען יעדן איינעם אויסהיילן. דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג) די מעשה פונעם קעניג דער אכזר וואס האט געהייסן שיסן אלע צען פיילן וואס איז געווען באשמירט מיט אלע צען סמ'ען אינעם בת מלכה, מען האט אזוי געטון, מען האט אין איר אריין געשאסן אלע סארט פיילן באשמירט מיט אלע סמ'ען ביז די בת מלכה איז געפאלן חלשות; דאס גייט ארויף אויף נשמות ישראל וואס דער מלך האכזר, דער סמ"ך מ"ם זוכט איר צו פארכאפן און ווען ער זעט אז עס גייט נישט שיסט ער אריין אין איר אלע סארט פיילן, דאס מיינט ער ווארפט אראפ דעם איד אין אלע צען טומאות רחמנא לצלן ביז דער איד פאלט חלשות, "און איך" - האט דער רבי געזאגט - "הייל זי, איך האב די כח ארויס צו נעמען דעם איד פון אלע סארט טומאות, פון אלע בלאטעס".


פארשטייט זיך עס גייט נישט אין איין מינוט, אויפבויען נעמט צייט, מען דארף האבן אסאך סבלנות; ווען דו וועסט איר געבן גוטע ווערטער און איר אויפבויען וועסטו נאך נישט זען קיין ענדערונג, אבער מיט אסאך געדולד וועסטו עס מאכן, דו וועסט איר אינגאנצן אויסהיילן.


איך האב שוין בייגעוואוינט ביי אסאך פעלער, וואס מען האט געהאט די פראבלעם וואס דו האסט; די ווייב האט נישט געוואלט האבן מיט'ן מאן השם ישמרינו און זיך אלץ ארויסגעדרייט מיט תירוצים וכו', און מיט סבלנות און מיט דעם רבינ'ס עצות פון זוכן גוטס און אויפבויען האט זיך אלעס איבערגעדרייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#99 - ווי אזוי נעמט מען דעם קערפער פאר א וועגווייזער?
חינוך הילדים, רפואה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי, א מאמע פון קינדער, און איך נוץ מיין קערפער פאר מיין וועג ווייזער, ווען איך לייג זיך אריין אין מיין קערפער קען איך וויסן וואו איך האלט אויף דער וועלט ברוחניות און בגשמיות, און איך קען שפירן ווען עפעס איז יא גערעכט אדער נישט גערעכט.


אלס מיידל האב איך דאס נישט געקענט טון אזוי גוט, ווייל ווען איך האב זיך אריינגעלייגט אין מיין קערפער האב איך נישט געוואוסט געהעריג ווי אזוי עס צו באלאנצירן. יעצט אז איך בין שוין א מאמע פון טעכטער, האב איך זייער געוואלט אז מיינע טעכטער זאלן אויפוואקסן מיט די מתנה פון זייער קערפער, אבער זיי זאלן יא זיין באלאנצירט, זיי זאלן נישט שפירן ווי זיי זענען האלב און ווערן קלעבעדיג צו סיי וואס.


מיין שאלה איז אויב ס'איז דא א וועג פאר א מיידל זיך אויך צו קענען אריינלייגן אין איר קערפער, אדער קען מען דאס טון נאר נאך די חתונה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מיר מוחל, איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס איר שרייבט, איך ווייס נישט אויב איר פארשטייט יא וואס איר שרייבט.


אידישע קינדער האבן א וועג ווייזער - די הייליגע תורה. די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה א, א) אויפ'ן פסוק (משלי ח, ל): "וָאֶהְיֶה אֶצְלוֹ אָמוֹן וָאֶהְיֶה שַׁעֲשֻׁעִים יוֹם יוֹם", ווען דער אייבערשטער האט געוואלט באשאפן די וועלט האט ער גענומען די תורה און געקוקט אין די תורה, אזוי ווי אן ארכיטעקט וואס גייט בויען א בנין נעמט ער אפיר דעם בלו-פרינט און קוקט דערין ווי אזוי צו בויען, "כַּךְ הָיָה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַבִּיט בַּתּוֹרָה וּבוֹרֵא אֶת הָעוֹלָם", אזוי האט דער אייבערשטער געטון, ער האט געקוקט אין די תורה און אזוי באשאפן די וועלט.


א איד פירט זיך ווי די תורה זאגט מען זאל זיך פירן; דאס איז אונזער אורים ותמים, דאס איז אונזער וועג ווייזער. מוהרא"ש דערציילט פונעם חזון איש זכותו יגן עלינו, מען האט אים געפרעגט אויב היינטיגע טעג איז דא די אורים ותומים, האט ער געזאגט: "מיין אורים ותומים איז דער שולחן ערוך; ווען איך דארף וויסן ווי אזוי זיך צו פירן קוק איך אין שלחן ערוך".


וואס האבן אונזערע עלטערן געטון ווען זיי האבן געוואלט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן? וואס האבן די צדיקים פון אלע דורות געטון ווען זיי האבן נישט געוואוסט ווי אזוי זיך צו פירן? זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "'אתה חונן לאדם דעת', דו רבונו של עולם געבסט שכל פאר אלע מענטשן, 'ומלמד לאנוש בינה, דו געבסט פארשטאנד פאר אלעמען, בעט איך דיר רבונו של עולם, 'חננו מאתך חכמה בינה ודעת', געב מיר שכל איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".


די הייליגע חכמים זאגן (ויקרא רבה ל, ג): "בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ שֶׁאֵין לָהֶם לֹא מֶלֶךְ וְלֹא נָבִיא, לֹא כֹהֵן וְלֹא אוּרִים וְתֻמִּים, וְאֵין לָהֶם אֶלָּא תְּפִלָּה זוֹ בִּלְבָד", אין אונזערע דורות ווען מיר זענען אין גלות, אן קיין קעניג, אן קיין נביא, אן קיין כהן גדול און אן קיין אורים ותומים, "אָמַר דָּוִד לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", האט דוד המלך געבעטן דעם אייבערשטן פאר אונז, "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַל תִּבְזֶה אֶת תְּפִלָּתָם", רבונו של עולם נעם אן זייערע תפילות.


אז איר ווילט געבן א גוטע וועג פאר אייערע טעכטער ווי אזוי זיי זאלן זיך פירן, לערנט זיי אויס די עצה וואס דער רבי האט אונז געלערנט, לערנט זיי אויס אז ווען זיי ווילן וויסן ווי אזוי זיך צו פירן זאלן זיי דאס איבער רעדן מיט'ן אייבערשטן, זיי זאלן זיך מתבודד זיין; רעדן צום אייבערשטן אויף זייער אייגענע שפראך און פרעגן דעם אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט, דורכדעם וועלן זיי וויסן ווי אזוי זיך צו פירן. אזוי זאלן זיי טון אין יעדע פרט אין לעבן, ווען מען ווייסט נישט וואס צו טון אדער מען דארף א ישועה.


אז איר וועט רעדן צום אייבערשטן וועט איר פטור ווערן פון אלע אייערע דמיונות.

#98 - מעג איך טראגן מיינע קינדער צו מיינע עלטערן וואס היטן נישט אידישקייט?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, רפואה, קינדער, קאמפיוטער, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים, וואס געבן מיר ממש חיות צום לעבן, עס מאכט מיר פרייליך דאס לעבן.


איך האב צוויי זאכן צו פרעגן, ערשטנס, איך האב ברוך ה' א שטוב מיט קינדער, מיינע עלטערן זענען אבער ליידער נאך פריי, זיי היטן נישט קיין תורה ומצות, זיי האבן טעלעוויזיע אינדערהיים, ווי אויך צוויי קאמפיוטערס, צוויי טעבלעטס, און צוויי סמארטפאונס, און אלעס איז אפן געהעריג צו די אינטערנעט, און כאטש וואס איך בין זיי מכבד, איך רעד צו זיי אויפ'ן טעלעפאן יעדן טאג, און איך פרוביר אריבערצוגיין צו זיי פון צייט צו צייט, האב איך אבער מורא פאר מיינע קינדער, איך וויל נישט אז זיי זאלן האבן צוטריט צו די אלע שלעכטע זאכן. און די זעלבע זאך טראכט איך וואס וועט זיין אין אפאר יאר ארום, אויב איך וועל זיי קענען לאדענען צו קומען וואוינען נעבן מיר, אויב זיי האבן די אלע שלעכטע זאכן. ווי אזוי האנדלט מען אזא זאך?


די צווייטע זאך וויל איך פרעגן, איך בין ברוך ה' געווענליך פרייליך און רואיג, ווען איך ווארט אבער א קינד, און נאכ'ן האבן א קינד, פאל איך אריין אין א שווערע דעפרעסיע, איך ווער זייער נערוועז, און איך בין פול מיט נעגאטיווע מחשבות. וואס קען מען טון אין אזא מצב? זאל איך נעמען מעדעצין פאר דעם?


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, י"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן ווי גרויס איז די מצוה פון כיבוד אב ואם; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁלֹשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בָּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אָבִיו, וְאִמּוֹ, בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא - מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִּבְּדוּנִי", דריי שותפים איז דא אינעם מענטש - דער אייבערשטער, טאטע און מאמע; ווען א מענטש איז מכבד זיינע עלטערן, זאגט דער אייבערשטער: "איך קום וואוינען צווישן אייך און איך רעכן דאס אזוי ווי איר זענט מיר מכבד".


זייט ווייטער מכבד אייערע עלטערן אפילו זיי פירן זיך נישט אויף די אידישע וועג; די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, סימן כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוּ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט, די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, איך בעט פון ענק נאר איין זאך, איר זאלט מכבד זיין טאטע און מאמע.


אין די זעלבע צייט געבט אכטונג אויף אייערע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן; איר זאלט בעטן אייערע עלטערן שיינערהייט אויב עס איז זיי נישט שווער אוועקצולייגן די זאכן ווען איר קומט מיט די קינדער. נישט איר זאלט זיי מחנך זיין; איר טארט נישט מחנך זיין אייערע עלטערן, נאר זייט זיי מסביר אז איר פרובירט אויפצוציען די קינדער ווייט פון די זאכן, זיי ווייסן נישט פון קיין טעלעוויזיע און קאמפיוטער וכדומה, אויב איז מעגליך ווען איר קומט זאל מען דאס נישט ארויסנעמען.


אז איר וועט מכבד זיין אייערע עלטערן וועט עס גארנישט שאטן פאר די קינדער, אדרבה איר וועט זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


איר זאלט שטענדיג רעדן צו אייערע קינדער פון אייערע עלטערן מיט כבוד און עהרע. ווען די קינדער פרעגן אייך כל מיני פראגעס: "פארוואס טוט זיידע דאס?" "פארוואס טוט באבי דאס?" זאלט איר זיי שיין געבן צו פארשטיין: "זיידי און באבי ווייסן נישט פון די תורה, זיי זענען נעבעך גרויסע רחמנות'ער, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן אינאיינעם, הייליגער באשעפער העלף זיידע און באבי זאלן תשובה טון, זיי זאלן היטן די תורה און מצוות", אזוי וועלן די קינדער אויפוואקסן ערליכע אידן.


אויף אייער צווייטע פראגע; איר קענט נעמען מעדעצין פאר דעם, וועט איר זיין מער פרייליך, עס וועט אייך זיין גרינגער צוריק צו קומען צו די כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות די מצוה פון כיבוד אב ואם זאלט איר זיין געזונט און שטארק און האבן נחת פון אייערע קינדער.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#97 - מיין ווייב ליידט שרעקליכע יסורים, ווי אזוי קענען מיר זיך דערהאלטן?
התחזקות, שלום בית, רפואה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין א יאר צייט וואס מיין ווייב ליידט אויף ארטרייטיס [דלקת מפרקים], זי איז ממש געפייניגט מיט שטארקע יסורים. איך הער די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א און דאס געבט מיר כח צו זיין סיי א טאטע און סיי א מאמע פאר מיינע זיסע קינדער קע"ה, אבער מיר שפירן אז עס גייט שוין אריבער אלע גרעניצן.


איך מיט מיין ווייב האלטן אין איין שרייען און וויינען צום אייבערשטן, אבער איך שפיר ווי מיר טאפן א וואנט, איך זע נישט דעם וועג ארויס, איך שפיר ווי איך פאל שוין אריין אין יאוש, איך דארף חיזוק צו קענען ווייטער זיך דערהאלטן.


יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, אן דעם וואלט איך זיכער נישט געקענט אנגיין ביז יעצט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך נישט מייאש זיין, מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב:): "אִם רוֹאֶה אָדָם שֶׁהִתְפַּלֵּל וְלֹא נֶעֱנֶה, יַחְזוֹר וְיִתְפַּלֵּל", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך און מען זעט אז מען ווערט נישט געהאלפן - זאל מען נאכאמאל בעטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים כז, יד): "קַוֵּה אֶל ה', חֲזַק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ וְקַוֵּה אֶל ה'"; מען טאר נישט אויפגעבן ווען מען בעט דעם אייבערשטן און מען זעט נאך נישט די ישועה, מען דארף ווארטן און ווייטער בעטן ביז מען ווערט געהאלפן.


ווען מען בעט דעם אייבערשטן דארף מען האבן זייער אסאך סבלנות ווען מען זעט אז עס גייט אריבער א לאנגע צייט און מען זעט נאך נישט די ישועה. מען דארף האבן אסאך סבלנות נישט אויפצוהערן בעטן; ווייל יעדע זאך וואס מען וויל פועל'ן האט א סכום וויפיל תפילה עס פאדערט זיך אויף דעם.


מיר געפונען ביי משה רבינו, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן אז ער וויל אריינגיין אין ארץ ישראל; זאגן חכמינו זכרונם לברכה (דברים רבה יא, י): "משה רבינו האט געבעטן פינף הונדערט און פופצן תפילות, אזויפיל וויפיל דאס ווארט 'ואתחנן' באטרעפט, ווען משה רבינו וואלט געבעטן נאך איין תפילה וואלט ער זוכה געווען אריין צו גיין קיין ארץ ישראל, אבער דער אייבערשטער האט אים געזאגט (דברים ג, כו): 'רַב לָךְ, אַל תּוֹסֶף דַּבֵּר אֵלַי עוֹד בַּדָּבָר הַזֶּה', בעט נישט מער אויף דעם"; זעט מען פון דעם אז מען טאר נישט אפלאזן תפילה, מען דארף בעטן איין מאל און נאכאמאל און נאכאמאל אן אן אויפהער, ביז דער אייבערשטער העלפט.


נעמט אריין אין אייך די אמונה, חזר פאר זיך און חזר מיט דיין ווייב: "וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, אלעס איז נאר פאר די טובה פונעם מענטש. און ווען מען פארשטייט נישט דאס גוטס, מען זעט נישט דאס גוטס, מען זעט נאר דאס שלעכטס - איז דאס נאר אזוי פאר אונזערע אויגן, אבער באמת איז דאס גוט"; איי וועסטו פרעגן, אויב איז דאס גוט פארוואס זאל מען בעטן דעם אייבערשטן ער זאל מאכן אנדערש? ווי אזוי קען מען בעטן ער זאל טוישן וואס ער טוט - ווען אלעס איז גוט?! ווייל דער אייבערשטער הייסט אונז מיר זאלן אים בעטן, מיר זאלן אים מוטשען ער זאל מאכן אזא סארט גוט וואס מיר זעען דאס גוטס מיט אונזערע אויגן, אבער אין די זעלבע צייט וואס מיר וויינען און בעטן ער זאל מאכן גוט, גלייבן מיר אז עס איז גוט; ווייל אלעס אלעס וואס גייט אריבער אויף אונז איז נאר לטובה.


שטארק דיין ווייב, בלאז אריין אין איר אמונה; דאס וועט איר פרייליך מאכן און ווען זי וועט זיין פרייליך וועלן די שלעכטע קרענק אוועק גיין פון איר, ווייל שמחה איז די רפואה פאר אלע מחלות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "כָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך, "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דעפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


דו מאך איר פרייליך, עס איז א מצוה פרייליך צו מאכן די ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָּׁה - בַּעֲלָהּ מְּשַׂמְחָהּ", דער מאן האט א מצוה פרייליך צו מאכן זיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זי זאל האבן א שנעלע רפואה, זי זאל זיך אינגאנצן אויסהיילן.

#96 - וואס טו איך מ'זאל מיר נישט אראפקוקן אז איך נעם מעדעצין?
רפואה, בושה, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט די שאלה און תשובה פון דעם וואס האט געפרעגט איבער נעמען מעדעצין פאר פחדים, ווען איך האב געליינט די שאלה האב איך ממש געוויינט, איך האב געשפירט ווי איינער האט אזוי שיין אראפגעשריבן מיין לעבן, און איך האב זיך געפריידט צו די תשובה אז דאס איז א נארמאלע זאך, ס'איז נישט קיין פעלער צו נעמען מעדעצין ווען מ'דארף עס האבן.


מיט איין פרט איז אבער ביי מיר געווען אנדערש, אז ער האלט עס בסוד פון יעדן איינעם, און איך האב עס יא אויסגעזאגט פאר מיין רב. דער דאקטער האט מיר געזאגט אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם צו נעמען די מעדעצין, אזוי ווי ווען איינער האט קאפ וויי נעמט ער טיילענאל, די זעלבע איז מיט דעם. און ווען איך האב דאס דערציילט פאר מיין רב האט ער מיר טאקע אויך מחזק געווען איך זאל נישט מורא האבן עס צו נעמען, אבער למעשה האט ער מיר פון דעמאלט אנגעהויבן אראפצוקוקן. איך האב געשפירט אז איך קען אים געטרויען, איך שמועס זיך אלץ דורך מיט אים אין שלום בית, חינוך, און אין ביזנעס, ער איז א פארשטענדליכער מענטש, אבער דא האט זיך עס נישט גוט אויסגעארבעט.


איך בין געווען א מוצלח'דיגער אינגערמאן, דער רב פלעגט זיך כסדר דורכרעדן מיט מיר אין פארשידענע זאכן, אבער פון ווען איך האב אים דאס דערציילט האט ער מיר אויטאמאטיש אנגעהויבן אנצוקוקן ווי א נערוון קראנקער מענטש, ער איז מיר טאקע מחזק כסדר, ער כאפט אבער נישט אז די חיזוק צעברעכט מיר זייער. זיי מיר נישט מחזק, נאר האלט מיר ווייטער פאר א נארמאלער מענטש, וואס איז שלעכט אז איך נעם מעדעצין פאר א פראבלעם?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר מחזק זיין אין דעם ענין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין שום בושה צו נעמען מעדעצין, עס איז א בושה ווען מען דארף נעמען מעדעצין און מען עקשנ'ט זיך דאס נישט צו נעמען. ווייל מען קען יעדן איינעם העלפן, דער פראבלעם איז אז מען וויל זיך נישט העלפן, מען האלט זיך קלוגער פונעם דאקטער; מען מיינט אז אויב מען וועט נעמען מעדעצין וועט מען זיין אראפגעקוקט.


בנוגע וואס מען קוקט דיר אראפ וכו'; דארפסט נישט דערציילן קיינעם איבער דיין פריוואטע לעבן, דערצייל נישט קיינעם אז דו נעמסט מעדעצין - נישט פאר חברים, נישט פאר משפחה און נישט פאר דיין רב; דאס איז פריוואט צווישן דיר און דער דאקטער, מערסטנ'ס, אויב דארף מען דערציילן די ווייב דארף דאס בלייבן צווישן אייך.


דער עיקר זאלסטו זיך אליינס נישט אראפ קוקן, דיין האלטן פון זיך איז וויכטיגער ווי אז אנדערע זאלן האלטן פון דיר; אז דו וועסט זיין זיכער מיט זיך וועט דיר גאר ווייניג אנגיין וואס דער זאגט אויף דיר און וואס יענער זאגט אויף דיר, דו זאלסט וויסן ביי דיר אז עס איז גארנישט שלעכט אז מען דארף נעמען פאר די מח מעדעצין.


ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין ביי זיך פעלזן פעסט, ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין שטארק, עס זאל נישט אנגיין וואס אנדערע זאגן און וואס אנדערע טראכן? דורך אמונה; ווען מען חזר'ט אמונה, מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליין, דאס בויט אויף דאס זיכערקייט, מען ווערט שטארק, מען דארף קיינעם נישט און עס אינטערעסירט נישט גארנישט.


דעריבער בעט איך דיר זייער טייערער ליבער ברודער, יעדן אינדערפרי גלייך נאך ברכת התורה זאלסטו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס; בעיקר זאלסטו חזר'ן אן א שיעור מאל דעם ערשטן שטיקל: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים, וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים", איך גלייב אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן, ער פירט די וועלט, נאר ער אליין טוט אלעס און ער וועט טון אלעס.


אויך זאלסטו אריין נעמען אין דיר אז עס איז נישטא וועם צו בעטן, נאר דעם אייבערשטן, צו אים דארף מען דאווענען. חזר זיך דעם אני מאמין: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ לוֹ לְבַדּוֹ רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל, וְאֵין רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל לְזוּלָתוֹ", איך גלייב אז ווען מען דארף א ישועה זאל מען נאר בעטן דעם אייבערשטן, ווייל נאר ער קען העלפן און וועט העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיין געזונט און שטארק.

#95 - וועט מיר העלפן טערעפי אדער נישט?
רפואה, צרות, טערעפי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אריבער זייער א שווערע צייט אלס קינד, מיר האבן נישט געהאט קיין נארמאלע שטוב, איך האב זיך געוואלגערט דא און דארט, געווארפן פון איין פלאץ צום צווייטן, ביז ביי די 17 יאר האט מיר א משפחה אריינגענומען, און ביי די 20 האב איך זוכה געווען חתונה צו האבן ב"ה.


יעצט האלט איך שוין 20 יאר נאך די חתונה, אבער איך בין נאך אלץ קראנק פון אלס קינד, איך בין פול מיט פחדים, דעפרעסיע, אומזיכערקייט, און איך קען זיך נישט אן עצה געבן אין לעבן אין יעדן הינזיכט. איך האב ב"ה א גוטע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, און א נארמאלע פרנסה, אבער מיין גייסט איז ממש צעשניטן און צעבראכן, אזוי ווייט אז איך קען זיך פשוט נישט גיין איינקויפן זאכן וואס איך דארף האבן, א הוט, שיך, וכדומה, ווייל איך קען נישט מאכן קיין שום באשלוסן אין לעבן, איך האב נישט קיין טראפ זעלבס זיכערקייט.


איך בין שוין געווען ביי צענדליגע טערעפיסטן און דאקטורים, שוין גערעדט הונדערטער שעות צו די טערעפיסטן און שוין גענומען אסאך סארט מעדעצינען. איך בין זיכער אז דאס אלעס האט מיר עפעס געהאלפן, אבער דערווייל האלט עס נאכאלץ ביים אלטן.


איך ווייס אז איר האלט נישט פון קיין טערעפיסטן, אבער למעשה שטייט דאך אז דער אייבערשטער האט געגעבן רשות פאר א דאקטער אויסצוהיילן, און דערפאר בין איך זייער צעמישט, זאל איך נישט גיין צו זיי, בין איך דאך אויף גרויסע צרות, זאל איך יא גיין, זע איך דאך אבער אז איך ווער נישט געהאלפן.


איך דארף א גרויסע ישועה אין לעבן, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיש נישט אויס די יוצרות; דאקטורים איז איין זאך און טערעפי איז א צווייטע זאך. אז מען שפירט זיך נישט גוט פיזיש אדער גייסטיש דארף מען גיין צום דאקטער און נעמען רפואות; אנדערש איז טערעפי, דאס איז ארויסגעווארפן צייט, אזוי ווי דו זאגסט אליין אין דיין בריוו אז דו האסט שוין פרובירט טערעפי און עס העלפט נישט, עס האלט ביים אלטן.


אנשטאט זיצן מיט א בשר ודם וואס קען זיך אליינס נישט העלפן און זיכער אז ער קען דיר נישט העלפן - נעם ענדערש די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; דערצייל פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס דו ווילסט דערציילן פאר'ן טערעפיסט, דערצייל פאר'ן אייבערשטן אלע דיינע שוועריקייטן, אלעס וואס איז אריבער אויף דיר; אזוי זאלסטו טון - נישט איינמאל און נישט צוויי מאל, נאר יעדן טאג זאלסטו מיט אים שמועסן ביז ער וועט רחמנות האבן אויף דיר און דו וועסט ארויסקריכן פון אלע פראבלעמען.


שטעל זיך פאר דו וואלסט גענומען די צייט פון זיצן מיט טערעפיסטן און אין די צייט וואלסטו גערעדט צום אייבערשטן, וואלסטו שוין פון לאנג אויסגעהיילט געווארן. דו וואלסט געהאט וואס מיט צונעמען אויף יענע וועלט; ווייל נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", ווען א מענטש רעדט אסאך צום אייבערשטן און ער שמועסט אסאך צום אייבערשטן, דאס באגלייט אים צו זיין אייביגע רו.


פאלג דעם רבי'ן, גיי אין א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און שמועס זיך אויס דיין צעבראכן הארץ צום אייבערשטן. אין אנהייב וועט עס דיר זיין שווער, ווייל דער סמ"ך מ"ם ציטערט זייער פון התבודדות ותפילה, ער וועט דיר מאכן שפירן ווי קיינער הערט דיר נישט אויס. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה י' - מבערגיר ועני) אז דער רוצח האט געזאגט פאר'ן בת קיסר: "אויב דו געבסט איין שריי, וועל איך דיר דערווערגן און הרג'ענען"; דער רוצח - דאס איז דער סמ"ך מ"ם, ער האט מורא פון דאס געשריי וואס א מענטש שרייט צום אייבערשטן, ווייל מיט איין שריי וואס מען שרייט צום אייבערשטן ווערט ער אויס, מיט דעם ווערט מען געראטעוועט פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#94 - וואס דארף מען טון וועגן די קאראנע וויירוס?
רפואה, אמונה, קאראנע וויירוס, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די גאנצע וועלט איז איינגעהילט אין א פחד איבער די קאראנע וויירוס, ווי אזוי דארפן מיר זיך פירן איבער דעם, לויט די לימודים פון הייליגן רבי'ן און פון מוהרא"ש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען טאר זיך נישט פארלירן; מען דארף וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכער חשבון. עס איז נישט דא קיין שום פערצופאל, קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליינס; יעדע זאך וואס פאסירט איז דער אייבערשטער אליינס, דעריבער טאר מען נישט אריין גיין אין פחדים און שרעק.


ווען מען נעמט אריין אין זיך די אמונה, מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער - דומם, צומח, חי, מדבר; אלעס איז עצם עצמיות חיות אלוקתו יתברך, אלעס איז א לבוש פונעם אייבערשטן - דעמאלט לעבט מען א רואיגע לעבן, מען ווערט נישט פארלוירן און דערשראקן פון קיין שום זאך וואס פאסירט, ווייל וואס עס זאל נאר פאסירן ווייסט מען אז דער אייבערשטער האט דאס געברענגט.


די עצה געראטעוועט צו ווערן פון די קרענק איז אז מען זאל זיך מתבודד זיין יעדן טאג, מען זאל זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, שמועסן מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער חבר. אלע לענדער זאגן דאס פאר די באפעלקערונג; מען זאל זיך מתבודד זיין, מען זאל זיך איינשפארן אין שטוב, מען זאל זיין אפגעזונדערט פון מענטשן. זעט מען פון דעם א שטיקל רמז וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז, מיר זאלן זיך אביסל מיישב זיין, אביסל טראכטן: 'וואס טו איך אויף די וועלט?' 'וואס איז דער תכלית פון אלע תאוות?'


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "וְהָעִקָּר לְהִשְׁתַּדֵּל לְיַשֵּׁב עַצְמוֹ הֵיטֵב מָה הַתַּכְלִית מִכָּל הַתַּאֲווֹת וּמִכָּל עִנְיְנֵי הָעוֹלָם הַזֶּה, הֵן תַּאֲווֹת הַנִּכְנָסוֹת לַגּוּף הֵן תַּאֲווֹת שֶׁחוּץ לַגּוּף, כְּגוֹן כָּבוֹד", דער עיקר דארף מען זיך בארעכענען יעדן טאג און זיך פרעגן: 'וואס? וואס איז דער תכלית פון אלע תאוות און אלע נארישקייטן, וואס וועל איך האבן פון נאכלויפן אלע מיינע גליסטענישן?' "וְאָז בְּוַדַּאי יָשׁוּב אֶל ה", אז מען טראכט אריין מיט א קלארע קאפ זעט מען אז אלעס איז טאקע נארישקייטן און מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן.


אז דו וועסט זיך פירן מיט די הנהגה, דו וועסט יעדן טאג גיין אביסל אין א זייט רעדן צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, דו וועסט מיט אים שמועסן אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינד, דו וועסט אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר - וועסטו שפירן א זיסע טעם אין לעבן; די גאנצע לעבן וועט דיר אנדערש ווערן, אלע פחדים וועלן צוביסלעך אוועק גיין, דו וועסט שפירן אויף די וועלט וואס גרויסע צדיקים זענען זוכה צו שפירן אויבן אין הימל אין גן עדן, די זיסע איינגענעמע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#93 - זאל איך האבן נאך קינדער?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס געבן מיר אזויפיל כוחות אין לעבן.


איך בין א מאמע פון דריי קינדערלעך, און יעדעס מאל נאכדעם וואס איך האב געהאט א קינד בין איך אריינגעפאלן אין א שטארק דעפרעסיע, אבער נאכ'ן האבן דאס דריטע קינד איז מיין מצב געווארן זייער שווער, איך האב געדארפט זיין אין שפיטאל פאר א שטיק צייט און איך בין געווען אויף מעדעצינען. ברוך ה' אז צום סוף בין איך געקומען צו זיך, און היינט בין איך ברוך ה' א געזונטע מאמע און איך דארף מען נישט נעמען קיין שום מעדעצינען.


מיין שאלה איז יעצט ווי אזוי צו גיין ווייטער. מיין יונגסטע קינד איז שוין פיר און א האלב יאר, און איך וויל זייער שטארק האבן נאך קינדער, אבער פון די אנדערע זייט האב איך א שטארקע פחד פון דעם, און נאך מער אז איך וויל נישט נאכאמאל מאכן צער פאר מיין מאן און קינדער.


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר זאגן וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייטס פרייליך אויף די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אייך, איר האט א מאן מיט דריי ליכטיגע קינדער; וויפיל אידישע קינדער ווארטן צו געהאלפן ווערן און האבן כאטש איין קינד, און איר האט קיין עין הרע דריי ליכטיגע קינדער דארפט איר טאנצן פאר שמחה.


שטארקטס אייך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין טרויעריג און דעפרעסט, ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דעפרעסיע און ווייל מען איז נישט פרייליך.


ביז דערווייל זאלט איר אכטונג געבן אויף אייער געזונט.

#92 - ווי אזוי ווערט מען פטור פון פאניק אטאקעס?
רפואה, אמונה, פחדים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם געוואלדיגן חסד וואס ער האט געטון מיט מיר אז מיט גרויס השגחה פרטית האב איך געטראפן א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א און דאס איז געווען פאר מיר ממש כמים קרים על נפש עיפה, און דערנאך האב איך אנגעהויבן הערן נאך און נאך שיעורים, און דאס האט מיר ממש אויפגעהויבן און מיר געטוישט מיין לעבן צום גוטן. איך האב ברוך ה' אנגעהויבן זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, עטליכע בלאט גמרא, און אזוי ווייטער נאך שיעורים, און איך פרוביר כסדר צו רעדן עטליכע ווערטער צום אייבערשטן.


יעצט האב איך געוואלט בעטן אויב איר קענט מיר העלפן, מיין ווייב ליידט אסאך פון פאניק אטאקעס, זי האט אסאך ענקזייעטי און פחדים, מיר האבן שוין פרובירט אסאך עצות אבער דערווייל האט גארנישט געהאלפן.


מיר פרובירן צו רעדן אסאך פון אמונה, אזוי ווי מיר הערן ביי די שיעורים, צו רעדן אסאך פונעם אייבערשטן, און מיר בעטן אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, אבער דערווייל האבן מיר נאכנישט געזען קיין שינוי לטובה.


איך ווייס אז מ'טאר נישט אויפגעבן, מ'דארף נאר ווייטער בעטן און בעטן, אבער מיין ווייב וויל זייער אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל אונז שרייבן עפעס עצות און חיזוק, ווי אזוי מיר קענען זיך שטארקן און נישט אויפגעבן, זיך שטארקן מיט אמונה און בטחון צו קענען פטור ווערן פון די אלע פחדים און בלבולים.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער.


וויסן זאלט איר אז ווי מער א מענטש חזר'ט זיך אמונה, ער נעמט אריין אין זיך די אמונה - איז ער זוכה צו לעבן א רואיגע און פרייליכע לעבן. ווייל אמונה מאכט שטארק די נערוון; מען האט נישט מורא פון קיין שום זאך און מען לעבט רואיג אזוי ווי א קליין קינד פארלאזט זיך אויף זיין טאטע. ווידער אויב מען האט חס ושלום נישט קיין שטארקע אמונה, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן, מען מיינט אז די וועלט פירט זיך אן קיין בעל הבית, זאכן פאסירן סתם אן קיין חשבון, מען קוקט אויף די וועלט ווי עס פירט זיך חס ושלום מיט טבע, מקרה און מזל - דעמאלט לעבט מען שטענדיג מיט פחדים און שלעכטע מחשבות; מען באשולדיגט זיך כסדר און פון דעם קומען אלע נערוון קראנקהייטן לא עלינו ולא עליכם.


אמונה איז די רפואה פאר אלע פחדים (ענקזייעט"י, פעני"ק עטעק"ס, וכו') דאס איז די איינציגסטע רפואה פאר די וואס האבן שוואכע נערוון, דערפאר האט דער רבי זייער אסאך גערעדט פון אמונה, און געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "דער עיקר דארף א מענטש ארבעטן צוצוקומען צו אמונה, ווייל אן אמונה איז זייער שווער דאס לעבן. עס זענען דא זייער אסאך קרענק וואס קומט נאר צוליב דעם ווייל מען האט נישט קיין אמונה"; די אלע יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם, אלץ קומט פון חסרון אמונה אויף דעם העלפט נישט קיין רפואות, די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה".


דערפאר בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה; פארלאזטס אייך אויפ'ן אייבערשטן, אזוי וועלן צוביסלעך אוועק גיין אלע פחדים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בטחון, סימן א): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּטָּחוֹן, אֵין לוֹ שׁוּם פַּחַד", ווער עס האט בטחון האט נישט קיין פחד פון קיינעם; מען לעבט מיט די מחשבה אז דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר; איך ליג אין זיינע הענט, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים קלא, ב): "כְּגָמֻל עֲלֵי אִמּוֹ כַּגָּמֻל עָלַי נַפְשִׁי", איך בין ווי א קינד וואס פארלאזט זיך אויף די מאמע, אן קיין שום דאגות און אן קיין שום פחדים.


איך שיק אייך דא א תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג; אויב איר וועט זאגן די תפילה יעדן טאג - לכל הפחות איין מאל, וועט איר ביז א קורצע צייט זיין געזונט און שטארק; איר וועט האבן שטארקע נערוון און מער נישט האבן קיין פחדים וכו'.


"גְרוֹיסֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר; פַאר מַיין טֵייעֶרֶער מַאן, פַאר מַיין טֵייעֶר לִיכְטִיג קִינְד אוּן פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן אִיךְ זָאל הַנָּאָה הָאבְּן פוּן מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן; וָואס זָאל אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נִישְׁט הַנָּאָה פוּן מַיין לֶעבְּן, אִיךְ בִּין אַזוֹי שְׁטַארְק דֶעפְּרֶעסְט אִיךְ וֵויין זֵייעֶר אַסַאךְ, עֶס קוּמֶען אַרַיין אִין מִיר שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת פוּן וֶועלְכֶע אִיךְ קֶען נִישְׁט פָּטוּר וֶוערְן.


אִיךְ בֶּעט דִיר הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן אַז דוּ הִיטְסְט מִיר, אוּן קֵיינֶער קֶען מִיר נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן אֶמוּנָה אוּן אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט אֶמוּנָה; אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט דִיר אוּן דִיר שְׁפִּירְן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, עֶס אִיז מִיר אַזוֹי שְׁוֶוער, מַיין קָאפּ דְרֵיידְט זִיךְ מִיט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת. אִיךְ טְרַאכְט אַ גַאנְצְן טָאג נָאר שְׁלֶעכְטְס; מַיינֶע מַחְשָׁבוֹת פַּיינִיגְן מִיר, אִיךְ שְׁפִּיר אַסַאךְ מָאל וִוי אִיךְ הַאלְט עֶס מֶער נִישְׁט אוֹיס, אִיךְ שְׁפִּיר אַז מַיינֶע נֶערְוְון פְּלַאצְן מִיר פוּן אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת.


אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, טַאטֶע זִיסֶער, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת! הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל נָאר טְרַאכְטְן פַּאזֶעטִיוו, אִיךְ זָאל נִישְׁט טְרַאכְטְן שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט בַּאשׁוּלְדִיגְן נָאר אִיךְ זָאל גֶעדֶענְקֶען אַז אַלֶעס קוּמְט פוּן דִיר.


בַּאשֶׁעפֶער, אַסַאךְ מָאל שְׁפִּיר אִיךְ וִוי מַיין לֶעבְּן אִיז מִיר גָארְנִישְׁט וֶוערְד; אִיךְ טְרַאכְט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת, אִיךְ וִויל אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַיין לֶעבְּן, אָבֶּער אִיךְ וֵוייס דָאךְ דֶעם אֱמֶת אַז עֶס אִיז נִישְׁט דָא וואוּ צוּ אַנְטְלוֹיפְן, נָאר צוּ דִיר טַאטֶע זִיסֶער.


דֶערְפַאר קוּם אִיךְ צוּ דִיר אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר: הֶעלְף מִיר! הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דַיינֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען זֵייעֶר גַאנְצֶע לֶעבְּן פַאר דַיינֶעט וֶועגְן; הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אָבוֹת הַקְּדוֹשִׁים אַבְרָהָם יִצְחָק אוּן יַעֲקֹב, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אִמָּהוֹת הַקְּדוֹשׁוֹת שָׂרָה רִבְקָה רָחֵל אוּן לֵאָה, אוּן בִּזְכוּת דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי רַבֵּינוּ נַחְמָן מִבְּרֶסְלֶב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, בִּזְכוּת זַיין תַּלְמִיד רֶבִּי נָתָן זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן בִּזְכוּת מוֹהֲרָא"שׁ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אָמֵן".


איר זאלט זאגן די תפילה נישט איין מאל און נישט צוויי מאל - נאר יעדעס מאל איר שפירט ווי אייערע מחשבות קומען צו לויפן און שטורמען אייער קאפ, איר שפירט ווי אייער קאפ דריידט זיך מיט אלע נעגעטיווע מחשבות, זאלט איר נעמען די תפילה און דאס זאגן אויפ'ן קול, וועט איר זען ביז א קורצע צייט ווי עס וועט אייך בעסער ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#91 - ווי אזוי איז מען זוכה צו נאך קינדער?
רפואה, קינדער, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק, איך בין זיך ממש מחיה.


איך וויל פרעגן אן עצה וואס מ'קען טון געהאלפן צו ווערן מיט נאך קינדער. איך האב ב"ה איין קינד, פיר יאר אלט, אבער איך וויל זייער שטארק נאך קינדער. איך האב געוויסע פראבלעמען, און איך בין שוין געווען ביי גוטע דאקטורים, עס האט אבער נישט צופיל געהאלפן, און איך וויל נישט נעמען צופיל רפואות פון זיי ווייל כ'האב מורא ס'וועט מיר שאטן. איך בעט אסאך דעם אייבערשטן פאר נאך קינדער, און איך וועל זיך פרייען צו באקומען עצות אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ה' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אויף די נסים וואס ער טוט מיט אייך, וועט דער אייבערשטער טון מיט אייך נאך ניסים. בפרט אז איר האט שוין א קינד, זאלט איר נישט אויפהערן לויבן דעם אייבערשטן אויף אייער טייערע קינד וועט איר זוכה זיין צו נאך קינדער.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "ווען א מענטש רעדט זיך אפ, זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, איך געב אים גוטס און דאך רעדט ער זיך אפ, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט שלעכט', אבער ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש ער איז אזוי פרייליך און דאנקבאר, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט', און מען געבט אים א גוטע לעבן".


משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט אז מען זאל דאנקען דעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה יד, ט): "עַל כָּל נְשִׁימָה וּנְשִׁימָה שֶׁאָדָם נוֹשֵׁם צָרִיךְ לְקַלֵּס לַבּוֹרֵא", אזוי ווי עס שטייט (תהלים קנ, ו): "כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ", אויף יעדע אטעם זאל מען לויבן דעם אייבערשטן; די ראשי תיבות פון כֹּ'ל הַ'נְּשָׁמָה תְּ'הַלֵּל איז נוטריקון דער הייליגן נאמען פונעם אייבערשטן, דעם שם פון ת'כ'ה'; מיר זאגן יעדן טאג ביי שמונה עשרה: "הַטּוֹב שִׁמְךָ וּלְךָ נָּאֶה לְהוֹדוֹת", און די סופי תיבות פון וּלְ'ךָ נָּאֶ'ה לְהוֹדוֹ'ת איז אויך נוטריקון דער הייליגן שם, און אויפ'ן שטערן פון משיח איז אויפגעקריצט דעם שם פון ת'כ'ה', אזוי אויך באטרעפט תכ"ה וויפיל משיח בן דוד מיטן כולל, מיט דעם שם פון ת'כ'ה' וועט משיח מכניע זיין אלע רשעים.


אז איר וועט יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן וועט איר זוכה זיין צו נאך קינדער, אן קיין רפואות און אן קיין דאקטורים.


 

#90 - וואס האט מוהרא"ש געהאלטן איבער די "דור ישרים" טעסט?
שידוכים, רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים וואס איז ממש געוואלדיג. איך האב געהערט ביי א שיעור אז דער ראש ישיבה שליט"א האט אוועקגעמאכט די "דור ישרים" טעסט, וואס איז שלעכט מיט דעם? און וואס האט מוהרא"ש געהאלטן איבער דעם?


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש איז נישט געווען דערקעגען מען זאל מאכן דעם דור ישרים טעסט, אויב איינע פון די צדדים האבן זיך געשטעלט צו מאכן די בדיקה האט מוהרא"ש געזאגט מען זאל עס מאכן.


זוכה זיין צו געזונטע ערליכע דורות דארף מען אויף דעם אסאך בעטן דעם אייבערשטן; מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס תפילה איז און וואס מען קען פועל'ן דורך תפילה. עס איז באוויסט דעם סיפור (פעולת הצדיק, סימן ו) אז ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט משדך געווען זיין תלמיד רבי נחמן הורידענקער זכר צדיק לברכה מיט די שוועסטער פון רבי יצחק דרוביטשער זכר צדיק לברכה, איז תיכף נאך די חופה דער חתן - דער צדיק רבי נחמן הורידענקער - נעלם געווארן און זיין ווייב - די כלה - האט נישט געוויסט וואו ער איז; זי האט געווארט אפאר טעג אויף אים ער זאל אהיים קומען און ווען זי האט געזען אז ער קומט נישט אהיים איז זי געגאנגען צום הייליגן בעל שם טוב און האט אויסגעבראכן אין א געוויין, זי האט אים דערציילט אז זי ווייסט נישט וואו איר מאן דער חתן איז, דער בעל שם טוב איז געווארן זייער דערשראקן און ער האט איר געהייסן צוריק קומען נאך אפאר טעג. דער בעל שם טוב האט געזען מיט רוח הקודש וואו רבי נחמן איז באהאלטן און ער האט געשיקט א שליח צו אים אז ער באפעלט אים ער זאל תיכף קומען צו אים. ווען ער איז אנגעקומען צום בעל שם טוב הקדוש האט אים דער בעל שם טוב פארגעהאלטן: "היתכן צו טון אזא זאך, איבערלאזן איינזאם א פרוי גלייך נאך די חופה?!" האט ער געענפערט אז ער זעט ברוח הקודש אז ער וועט האבן מיט איר א קינד און תיכף ווען דאס קינד וועט געבוירן ווערן וועט זי שטארבן, "איך האב רחמנות אויף אירע יונגע יארן, דערפאר האב איך מיך באהאלטן אז זי זאל נאך קענען אביסל לעבן". ווען דער בעל שם הקדוש האט דאס געהערט האט ער איר געלאזט רופן און ער האט איר דערציילט די גאנצע מעשה, אז דער חתן האט זיך באהאלטן ווייל ער וויל נישט זי זאל אזוי יונג נפטר ווערן. האט זי געזאגט: "אויב מיין מאן איז אזוי גרויס, אז ער קען זען וואס גייט זיין וכו', בין איך מסכים טראגעדיג צו ווערן און האבן א קינד פון אים", אזוי איז געווען, זיי זענען אהיים געגאנגען און זי האט אנגעפאנגען צו ווארטן א קינד, בשעת זי האט געבוירן דאס קינד האט זי זייער געוויינט און געזאגט: "רבונו של עולם, נעם מיר נישט אוועק פון דער וועלט פאר א חודש, ווייל איך וויל זען מיין קינד, און זיך מיט אים משעשע זיין אביסל", און אזוי איז טאקע געווען, זי האט געלעבט א חודש און נאכדעם איז זי נפטר געווארן.


האט רבי נחמן הורידענקער געזאגט: "א שאד זי האט נאר געבעטן צו בלייבן לעבן א חודש, ווען זי וואלט ווען געבעטן אז די גזירה זאל אינגאנצן בטל ווערן וואלט עס אינגאנצן בטל געווארן - ווייל זי האט אזוי שטארק געבעטן, מיט אזא צעבראכענע הארץ, אז זי וואלט ווען געקענט מבטל זיין די גזירה". זעט מען ווי שטארק תפילה איז, אז מען קען אלעס פועל'ן מיט תפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#89 - איך מושטע זיך מיט נפשיות'דיגע שוועריקייטן, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
שידוכים, התחזקות, רפואה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זאגן אז די חיזוק שיעורים האבן מיר געגעבן לעבן ממש במלוא מובן המילה, איך מושטע זיך שוין אזויפיל יארן מיט נפשיות'דיגע שוועריקייטן, און די ריינע אמונה דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס ברענגט ארויס די חיזוק פון הייליגן רבי'ן און פון מוהרא"ש אויף אזא קלארע און פראקטישע פארנעם, נאר דאס געבט מיר חיזוק זיך צו נעמען אין די הענט אריין און לעבן מיט'ן אייבערשטן.


איך דארף אסאך חיזוק, איך בין זייער צעבראכן, איך האב געדארפט צוריק אנהויבן נעמען מעדעצין פאר די נערווען, און איך האב שוין אזויפיל מתפלל געווען אויף דעם, שוין אזויפיל געווען אויף קברי צדיקים, און גארנישט האט געהאלפן. איך האב א קרוב וואס איז אויך געווען אין א שווערע מצב אויף מעדיצין, און ער איז ב"ה אראפ פון דעם, און איך מוז נאך צוריק ארויפגיין אויף דעם, און דאס טוט מיר זייער וויי.


נאך מער שטערט מיר אז איך ווייס נישט ווען און וואסערע סארט שידוך איך וועל שוין קענען האבן אזוי ווי איך דארף זיין אויף מעדיצין.


אויך פאל איך אריין אין שווערע נסיונות, און איך קען עס מער נישט אויסהאלטן.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין און געבן הדרכה וואס צו טון, א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות נישט אויפצוגעבן; מיר האבן א גרויסע באשעפער וואס העלפט אלעמען און האט רחמנות אויף אלעמען. ווי מער דו וועסט ארייננעמען אין דיר אז דער אייבערשטער פירט די וועלט אלץ רואיגער וועסטו ווערן, עס וועט זיך בויען אין דיר שטארקע נערוון.


ביז דערווייל זאלסטו ווייטער נעמען די מעדעצינען; עס איז נישט געפערליך צו נעמען מעדעצין, קוק נישט אויף קיינעם און זוך נישט צו זיין ווי דיין קרוב וכו'. דו דארפסט קיינעם נישט דערציילען אז דו נעמסט מעדעצינען; דו פאלג דעם דאקטער ביז דו וועסט ארויס גיין פון דעם.


טו אלעס וואס מאכט פרייליך דורכדעם וועסטו צוביסלעך ארויסקריכן פון די אלע קאפדרייעניש. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה. און דער רבי זאגט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הוּא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#88 - מיר ווילן שוין געהאלפן ווערן מיט קינדער, וואס טוט מען?
רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, מיר באקומען פון דעם פיל חיזוק אויף אמונה און בטחון.


מיר האלטן שוין אפאר יאר נאך די חתונה און מיר זענען נאכנישט געהאלפן געווארן מיט קינדער, און דאס איז אונז זייער שווער. מיין ווייב'ס חבר'טעס האבן שוין אלע עטליכע קינדער, און דאס מאכט אונז נאך מער צעבראכן. איינער וואס האט ברוך ה' קינדער וועט אונז קיינמאל נישט פארשטיין, און דעריבער איז נישטא ווער ס'זאל אונז מחזק זיין.


אויסער דעם דארפן מיר חיזוק אויף אמונה און בטחון, נאכ'ן מתפלל זיין אזויפיל אויף דעם, און טון אזויפיל סגולות אויף דעם, און נאכאלץ נישט זען קיין ישועה, דארפן מיר חיזוק אז די תפלות זענען נישט אומזיסט.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן פיל נחת פון אייערע קינדער אין זכות פון די פילע טויזנטער אידן וואס איר זענט מחזק. און ביטע זייט אונז אויך מחזק, און זייט מתפלל פאר אונז אז מיר זאלן שוין געהאלפן ווערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט געהאלפן ווערן מיט קינדער זאלסטו געבן אסאך צדקה און פרייליך מאן דיין ווייב. אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (בבא בתרא י:): "מַה יַעֲשֶֹה אָדָם וַיִּהְיוּ לוֹ בָּנִים זְכָרִים", וואס זאל א מענטש טון ער זאל זוכה זיין צו קינדער זכרים? רבי אליעזר זאגט: "יְפַזֵר מָעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", ער זאל געבן צדקה און רבי יהושע זאגט: "יְשַׂמַּח אִשְׁתּוֹ לִדְּבַר מִצְוָה", ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב.


מאך פרייליך דיין ווייב; פרוביר מיט אלע דיינע כוחות צו זען זי זאל זיין פרייליך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָׁה - בַּעֲלָהּ מְשַּׂמְחָהּ", דער מאן האט א מצוה פרייליך צו מאן די ווייב; ווייל די טבע פון פרויען איז צו זיין בעצבות, בפרט א פרוי וואס האט נאך נישט קיין קינדער איז שטענדיג זייער טרויעריג. דארף דער מאן איר מחזק זיין איר שטארקן און פרייליך מאכן; דאס איז די גרעסטע סגולה פאר קינדער.


געב זייער אכטונג איר נישט צו מצער זיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): א מענטש זאל זייער אכטונג געבן אויף זיין ווייב איר נישט צו טשעפען, ווייל א פרוי וויינט שנעלער ווי א מאן, און אז מען איז איר מצער און זי וויינט באקומט מען נאכדעם זייער א גרויסער עונש רחמנא לצלן.


אויב דו קענסט מיר שיקן דיין נאמען און דיין ווייב'ס נאמען, וועל איך מתפלל זיין פאר אייך ביז איר וועט געהאלפן ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט בקרוב קענען מבשר זיין די גוטע בשורה.

#87 - צי פעלט אויס צו האבן נאך קינדער?
רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב מ'מוטשעט זיך אויפצוציען די קינדער, צי פעלט אויס צו האבן נאך קינדער? מיר האבן שוין א אינגל און א מיידל, פארוואס זעט מען ביי חסידים אז זיי האבן אזויפיל קינדער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעוונותינו הרבים האט זיך אריין געכאפט ביי אידישע קינדער די נגע צרעת פון נישט האבן קינדער רחמנא לצלן; מענטשן זענען מסית ומדיח אנדערע נישט צו האבן קינדער מיט'ן אויסרייד: "היינט איז א סכנה צו האבן קינדער", "עס איז שווער צו מחנך זיין די קינדער", אדער אנדערע נארישע סברות, ווי צום ביישפיל: "אויף וועמענס חשבון האסטו קינדער?" "וואס וועט זיין מיט פרנסה?" און דאס גלייכן - ווען פריה ורביה איז די ערשטע מצוה אין די תורה. דער אייבערשטער האט אונז באפוילן (בראשית א, כח): "פְּרוּ וּרְבוּ וּמִלְאוּ אֶת הָאָרֶץ וְכִבְשֻׁהָ", מען זאל האבן קינדער אנצופולן די וועלט, "וְכִבְשֻׁהָ", און מיט קינדער וועט איר אייננעמען די וועלט; ווי אזוי נעמט מען איין די וועלט? אז די וועלט ווערט באזעצט מיט מענטשן וואס פירן זיך ווי דער אייבערשטער וויל, מען פירט זיך אזוי ווי עס דארף צו זיין - מיט דעם נעמט מען איין די וועלט.


דאס איז געזאגט געווארן אפילו ווען מען האט שוין זוכה געווען צו האבן א אינגל און א מיידל וואס מיט דעם האט מען מקיים געווען די מצוה פון פריה ורביה; אזוי ווי עס שטייט (קהלת יא, ו): "בַּבֹּקֶר זְרַע אֶת זַרְעֶךָ וְלָעֶרֶב אַל תַּנַּח יָדֶךָ", און חכמינו זכרונם לברכה דרש'נען אויף דעם (יבמות סב:): "הָיוּ לוֹ בָּנִים בְּיַלְדּוּתוֹ יִהְיוּ לוֹ בָּנִים בְּזִקְנוּתוֹ", עס איז דא א מצוה פון האבן נאך און נאך קינדער; און אזוי פסק'נט דער רמב"ם (פרק טו מהלכות אישות, הלכה טז): "אַף עַל פִּי שֶׁקִּיֵּם אָדָם מִצְוַת פְּרִיָּה וּרְבִיָּה, הֲרֵי הוּא מְצֻוֶּה מִדִּבְרֵי סוֹפְרִים שֶׁלֹּא יִבָּטֵל מִלִּפְרוֹת וְלִרְבּוֹת כָּל זְמַן שֶׁיֵּשׁ בּוֹ כֹּחַ. שֶׁכָּל הַמּוֹסִיף נֶפֶשׁ אַחַת בְּיִשְׂרָאֵל כְּאִלּוּ בָּנָה עוֹלָם", אפילו מען האט שוין מקיים געווען די מצוה פון פריה ורביה איז א מצוה צו ברענגען נאך קינדער ווייל מיט דעם בויעט מען אויף די וועלט.


די וואס זאגן אז היינט איז א סכנה צו האבן קינדער ווייל מען זעט דאך אז אזויפיל פאלן אוועק וכו'; דאס איז נישט קיין סיבה אויף נישט צו האבן קינדער ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט: "א מענטש דארף בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו האבן אסאך קינדער - אפילו די קינדער וועלן אויסוואקסן נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין זאל ער ווייטער ברענגען קינדער, ווייל ווען משיח וועט קומען און צוריק ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן וועט ער צוריק ברענגען אלע פארווארפענע נשמות, ער וועט מתקן זיין און פאררעכטן אלע דורות".


אויך איז נאריש זיך אפצוהאלטן פון קינדער וועגן פרנסה; ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ג): "אֵין צָרִיךְ לָאָדָם לִדְאֹג עַל פַּרְנָסַת בָּנָיו, כִּי כְּשֶׁהֵם גְּדֵלִים, גְּדֵלָה פַּרְנָסָתָם עִמָּהֶם", א מענטש דארף נישט זארגן וועגן פרנסה, ווי אזוי וועלן זיינע קינדער האבן פרנסה, ווייל ווען זיי וועלן אויפוואקסן וועלן זיי האבן פרנסה; און אויך די עלטערן וועלן האבן פרנסה, ווייל קינדער איז א ברכה. ביי אידן איז קינדער א ברכה, דעריבער וועסטו זען ווי ביי ערליכע אידן זענען דא פרוכטבארע פאמיליעס, געבענטשטע שטובער.


די וואס פארדרייען דעם קאפ פון יונגעלייטלעך און ווייבלעך אז מען זאל נישט האבן קינדער גלייך וכו' ווייל מען קען נישט אויפבויען אן אמת'ער קשר צווישן מאן און ווייב - דאס איז נישט אמת, ווייל קיין שום זאך בויט נישט אויף אזא שטארקע קשר ווי קינדער; מיט יעדע קינד וואס מען האט בויט זיך אויף א נענטערע קשר.


צדיקים זאגן אז קינדער ברענגט שלום בית, אזוי ווי מיר געפונען ביי די פרשה פון א סוטה; ווען א מאן און ווייב קריגן זיך ביז עס קומט דערצו אז דער מאן ברענגט זיין ווייב צום כהן און עס שטעלט זיך ארויס אז זי איז אן ערליכע פרוי, זאגט די תורה (במדבר ה, כח): "וְנִקְּתָה וְנִזְרְעָה זָֽרַע", זי וועט ווערן געבענטש מיט קינדער און די קינדער וועלן צוריק ברענגען די אמת'ע ליבשאפט און פארשטאנד איינער צום צווייטן.


אז עס איז אייך שווער אויפצוציען די קינדער זאלט איר מקפיד זיין פון היינט און ווייטער אויף טהרת המשפחה; מאכט אייך א שיעור צו איבער חזר'ן די הלכות און איר זאלט האבן קשר מיט א רב וועם איר זאלט פרעגן יעדע שאלה, נישט זיך אליינס מורה היתר זיין, דורכדעם וועט אייך זיין גרינג אויפצוציען די קינדער. אז מען היט טהרת המשפחה האט מען געזונטע קינדער און כח זיי צו מגדל זיין, אבער אויב חס ושלום מען היט נישט קיין הלכות אין שטוב דעמאלט קומען קראנקע קינדער און מען פארלירט די כח צו די קינדער השם ירחם.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז אז די גאולה שלימה וועט קומען בזכות די פרוכטבארע משפחות (יבמות סג:): "אֵין בֶּן דָּוִד בָּא עַד שֶׁיִּכְלוּ כָּל הַנְּשָׁמוֹת שֶׁבַּגּוּף"; קומט אויס אז מיט יעדע קינד וואס מען ברענגט אויף די וועלט איילט מען צו אז משיח זאל קומען במהרה בימנו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#86 - מעג מען קויפן קליידער פון פאראויס?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי, עטליכע חדשים נאך די חתונה, און איך ווארט למזל טוב. איך וויל וויסן אויב ס'איז א פראבלעם צו וויסן וואס ס'וועט זיין, און אויך אויב מ'מעג קויפן קליידער פון פאראויס.


יישר כח אויף אלע שיעורים און חיזוק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט'ס דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד וואס ער טוט מיט אייך, אז איר ווארט אין א מזל'דיגע שעה. און זיכער זאלט איר יעדן טאג מתפלל זיין אז אלעס זאל אריבער גיין גרינגערהייט. מוהרא"ש זאגט אז דורכאויס די ניין חדשים וואס מען ווארט וכו' זאל מען יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר'ן אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט ווען מען בעט דעם אייבערשטן זאל מען ארויסזאגן די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויף אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש - זכותם יגן עלינו, און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, דערנאך זאל מען זאגן די תפילה:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים אוּן אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


לכתחילה איז בעסער מען זאל נישט איינקויפן פון פאראויס פאר'ן קינד וועגן עין הרע און נאך כמה סיבות, אויך פלעגט מוהרא"ש זאגן נישט צו פרעגן דעם דאקטער וכו'.